שאלה אין קורצן ענין
#8 - וואס טוט מען ווען דאס קינד וויינט אסאך ביינאכט?
חינוך הילדים, קינדער, לימוד התורה, פרנסה, התבודדות, תיקון חצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער, דריי יאר אלט, וועקט זיך אויף כמעט יעדע נאכט און וויינט גאר אסאך, ביז מ'קען איר ענדליך בארואיגן זי זאל צוריק איינשלאפן ביז אינדערפרי, און דאס איז זייער שווער אויפצושטיין יעדע נאכט נאכאמאל. ווי אזוי קען איך איר העלפן שלאפן געהעריג די גאנצע נאכט?


אויך האב איך ברוך ה' א קינד פון א האלב יאר אלט, איך האב אים זייער ליב, די שאלה איז אויב לויט'ן רבי'ן טאר איך אים נישט קושן, נאר זיך מער דערווייטערן פון אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין קינד וועקט זיך אויף ביינאכט און וויינט - זאלסטו מיט וויינען מיט'ן קינד צום אייבערשטן. ברסלב'ע חסידים ווילן דאך מקיים זיין וואס דער רבי זאגט, מען זאל זאגן ביינאכט תיקון חצות; ווען די קינדער וועקן זיך אויף אינמיטן די נאכט, קען מען דעמאלט מתפלל זיין פאר זיך און פאר די קינדער.


מוהרא"ש פלעגט זאגן א סגולה פאר בעלי בתים ווען זיי שטייען אין געשעפט און קיינער קומט נישט אריין איינקויפן, אז מען זאל נעמען א ספר, א משניות וכדומה אין אנהייבן לערנען - וועט דער סמ"ך מ"ם זיכער מאכן עס זאלן קומען מענטשן איינקויפן, אבי מען זאל נישט לערנען. דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דיין קינד וועקט זיך אויף ביינאכט, עס וויינט און וויל נישט צוריקגיין שלאפן - זאלסטו אנהייבן מיט צו וויינען צום אייבערשטן, בעטן פאר אידישע קינדער זאלן נישט האבן קיין צרות; בעט משיח זאל שוין קומען און אונז צוריק ברענגען צום אייבערשטן - וועט דיין קינד שנעל איינשלאפן, אבי דו זאלסט שוין אויך צוריק גיין שלאפן.


בנוגע קישן קינדער; דער רבי האט טאקע געזאגט: "א קינד קישט מען נישט, און א קינד שלאגט מען נישט"; אבער דאס מיינט מען נישט קליינע קינדער, דאס מיינט מען ווען די קינדער וואקסן אונטער, דעמאלט איז נישט כדאי מען זאל צערטלן די קינדער; ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, שלאגט מען דאס קינד ווען עס איז לעבעדיג און שפרינגעדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - התבודדות מוז מען ארויסזאגן די ווערטער מיט'ן מויל
סיפורי צדיקים, התבודדות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב ווען מען מאכט התבודדות מוז מען ארויסזאגן די ווערטער מיט'ן מויל, אדער איז גענוג אז מען טראכט עס מיט מחשבה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון התבודדות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז זייער א גרויסע זאך, עס איז גרעסער פון אלע עבודות, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו אים.


התבודדות איז נישט טראכטן, התבודדות איז רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי א זון רעדט צו זיין טאטע און אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד, דאס ברענגט צו די העכסטע מדריגות, און דאס האט דער רבי גערעדט מיט אונז, און מוהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד) דער רבי איז געגאנגען א שפאציר מיט רבי נתן, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט די ווערטער: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט דעם זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס דערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד' - האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבערגיין אויף מיר - וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - פארוואס אין חדר בין איך מצליח, און אינדערהיים נישט?
שלום בית, חינוך הילדים, סבלנות, אידישע שטוב, התבודדות, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וועל גלייך צוגיין צום ענין, איך בין א מלמד ברוך ה', און ביי מיר אין כיתה איז מורא'דיג געשמאק און פאזיטיוו, אלע זענען פרייליך, איך לויב און רום יעדן אויס, איך שמייכל צו יעדן, איך לערן ברוך ה' פאר מיט געשמאק, איך פאלג וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט פאר די מלמדים.


וואס זאל איך אבער טון אז ביי מיר אין שטוב איז חושך ענן וערפל, איך שריי אויף די קינדער, איך הער נישט אויף טיילן פסקים. דעם יום טוב האב איך עטליכע מאל געשלאגן מיין זון, און איין מאל מיין טאכטער.
עס הייבט זיך אן אז מיין זון איז נישט דרך ארץ'דיג, און מיין טאכטער זאגט יעדע מינוט "ניין" פאר מיין ווייב און פאר מיר. און ווי נאר עס ווערט נישט פרייליך אינדערהיים, בין איך מקפיד אויף יעדע זאך, עס ווערט אנגעצויגן.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר פרעגן, "פארוואס טאקע איז דאס אזוי?", איך בין נישט אזוי קלוג זיך אליין ארויס צו האבן, צי עס האט מיט דעם אז מיין ווייב איז נישט איינשטימיג מיט מיר און זי שעצט מיר נישט, דערפאר איז מיין מח ענג און אינדערהיים פארליר איך דעם שמייכל, און די לופט ווערט אנגעצויגן, בכלל שפיר איך ווי ביי די חינוך שיעורים בין איך מער קלאר וואס איך האב צו טון, דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אראפ דעם שפראך ווי אזוי מען זאל רעדן צו די קינדער, אבער ביי די שיעורים פון שלום בית איז עס נישט אזוי בפרטיות, דער ראש ישיבה געבט נישט דעם משל ווי אזוי צו האלטן א שטוב פאזיטיוו און פרייליך, וואס צו זאגן פאר די ווייב און ווי אזוי מען קומט אהיים, וואס זאגט מען מיט א שמייכל, מער קלארער. אדער קען זיין אז אין חדר איז עס אביסל 'געמאכט', 'כלומר'שט', מען מאכט א שמייכל און מען גריסט יעדן מען רימט יעדן וכו', ווידער אינדערהיים איז עס צו אמת'דיג? עס איז נישטא די אראפגעלאזקייט צו שמייכלען וכו'. אויך קען זיין אז איך האב פשוט נישט קיין אנונג פון וואס דאס קומט.


ברוך ה' אז דער ראש ישיבה שליט"א האט ביי יעדע בריוו צוגעטראפן קלארער מיין מצב ווי איך אליינס, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א העלפן ביטע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חינוך הבנים והבנות איז נישט קיין גרינגע זאך, עס איז פון די שווערסטע עבודות, מען דארף האבן אייזערנע נערווען זיך צו קענען האלטן רואיג און פרייליך, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, בפרט ווען עס קומט יום טוב ווען מען זיצט א גאנצע וואך אין שטוב מיט די קינדער, נאך א סעודה און נאך א סעודה, דארף מען אסאך בעטן דעם איבערשטן מען זאל בלייבן פרייליך און וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, ווען צו זאגן, וויפיל צו זאגן און ווי אזוי צו זאגן.


הדבר הראשון זאלסטו מער נישט נוצן קיין הענט, נישטא אזא זאך שלאגן קינדער, דער רבי איז געווען זייער שטרענג אויף דעם, מען זאל נישט שלאגן די קינדער. דער רבי האט געזאגט: "וואס מען פועל'ט מיט שלעכטס וואלט מען געקענט בעסער און גרינגער פועל'ן מיט גוטנס", געענדיגט מיט נוצן הענט, נוץ די הענט נאר צו גלעטן און צו קניפן אין בעקל, געענדיגט מיט שלאגן.


שנית זאלסטו זיך נישט אראפקלאפן, אפילו דיין ווייב איז מיט דיר נישט איינשטימיג, זי האט איר גאנג וכו', זאל דיר דאס נישט אראפווארפן; איי וועסטו פרעגן ווי אזוי מאכט מען דאס? ווי קען מען זיין בגדלות המוחין אז מען לעבט מיט א ווייב וואס איז מזלזל? דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פב), ווען מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די רצון השם, מען האט ליב די ווייב ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, נישט ווייל מען גייט צוריק באקומען פון איר עפעס, און נישט ווייל זי וועט זיין שיין צו מיר און רעדן שיין, נאר ווייל דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די פרוי און מיט איר האב איך קינדער, וועל איך איר ליב האבן - דעמאלט - זאגט דער רבי - ווערט די ווייב בטל צום מאן און מען קען לעבן א חיים טובים.


קלאפ זיך נישט אראפ, ערווארט נישט גארנישט פון דיין ווייב, און אז דיינע קינדער פאלגן נישט, זאלסטו זיי זאגן מיט ליבשאפט: "דער אייבערשטער זאגט מען דארף פאלגן א טאטע און מאמע, און אז מען פאלגט א טאטע און מאמע באקומט מען א גרויסע שכר", די ווערטער זאלסטו זיי זאגן מיט ליבשאפט, (מיט א שטרענגע פנים אבער מיט ליבשאפט).


ועל כולם גיי יעדן אינדערפרי וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים איבער און בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין, בעט אים ער זאל דיר געבן ליבשאפט, דיר ווייזן אז ער האט דיך ליב, דערצייל אים ווי שטארק דו ביסט צעקלאפט ביי דיר, דערצייל אים ווי דו שפירסט זיך ווי א שמאטע וכו' וכו', בעט אים ער זאל דיר מאכן שפירן גוט, דו זאלסט האבן א שטארקע אמונה און געדענקען אז מען גייט שוין באלד צוריק אהיים און מען נעמט גארנישט מיט, מען נעמט מיט נאר מצוות און מעשים טובים און די דורות וואס מען לאזט איבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי גיי איך צו מיין חתונה מיט אזויפיל נסיונות?
חתונה, קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, נסיונות, התבודדות, עצבות, סדר דרך הלימוד, משניות, גמרא, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן, איך גיי שוין באלד חתונה האבן, און איך וויל זייער שטארק אויפשטעלן א שיינע ערליכע ריינע אידישע שטוב, אבער איך ציטער זייער שטארק אז דאס וועט נישט געשען, ווייל איך בין ממש משוגע פון מיינע תאוות.


ווען איך זע א שיינער בחור ווער איך ממש משוגע, איך קען נישט אויפהערן קוקן, אפילו ווען איך בין אינדערהיים אויף שבת באקום איך נסיונות פון מיינע געשוויסטער, וואו איך גיי און וואו איך שטיי האב איך נאר נסיונות, איך שפיר אז איך בין פשוט א שייגעץ, פול מיט שלעכטע מחשבות און געדאנקען, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


איך וויין אסאך צום אייבערשטן, איך וויל אזוי שטארק זיך ארויסזען פון מיינע פראבלעמען און נסיונות, עס טוט מיר אזוי שטארק וויי, איך וויל אזוי שטארק אויפשטעלן א ריינע ערליכע שטוב, איך וויין בשעת איך שרייב די שורות, איך ווער פארברענט, וואס וועט זיין מיט מיר?


וועל איך שוין בלייבן מיט די נסיונות א גאנץ לעבן? ווי אזוי קען איך אריינברענגען אין מיר שמירת הברית, אין די צייט וואס איך בין אזוי וועט פון דעם? איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ארויסהעלפן און ווייזן א וועג.


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, בפרט ווען דער ראש ישיבה שליט"א רעדט צו חתנים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך דארף פון דיר דריי זאכן, דאס ערשטע זאך זאלסטו יעדן טאג לערנען אפאר פרקים משניות און גמרא. וועסט מן הסתם זיך נישט קענען קאנצעטרירן ביים לערנען צוליב וואס דיין מח מחשבה איז דיר אויסגעריסן פון אזויפיל מחשבות רעות, זאלסטו זיך נישט צוריקהאלטן פון לערנען, זאלסט לערנען אן פארשטיין, זאלסט זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; זאג א משנה און נאך א משנה און נאך א משנה אן פארשטיין, ביז דו וועסט ענדיגן א פרק, און זאלסט גיין ווייטער צו נאך א פרק, אזוי אויך גמרא; זאג גמרא הויך אויפן קול, א בלאט נאך א בלאט.


צווייטע זאך, זאלסט גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ, זאלסט דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו ביסט משוגע, ווי דער יצר הרע מאכט דיך משוגע, וויין צום אייבערשטן. דאס זאלסטו טון יעדן טאג, און אז דו שפירסט ווי די מויל איז דיר פארמאכט און פארקלאפט - זאלסטו פון דעם אליינס מאכן א תפילה און בעטן דעם באשעפער ער זאל דיר העלפן זאלסט קענען ארויסזאגן אפאר ווערטער צו אים.


דריטנס, זאלסט זיך מוסר נפש זיין אויף שמחה, א גאנצן טאג זאלסטו נאר טון זאכן וואס מאכן דיך פרייליך, זאלסט טראכטן פון דיינע גוטע זאכן וואס דו האסט און פון די גוטע זאכן וואס דו טוסט, ווייל שמחה איז די עצה אויף שמירת הברית. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט): "כִּי כְּשֶׁתִּזְכֶּה לְשִׂמְחָה אֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ יִשְׁמֹר לְךָ אֶת הַבְּרִית", אז דו וועסט זיין פרייליך וועט דער אייבערשטער דיך אפהיטן, "דְּהַיְנוּ שֶׁיִּהְיֶה בְּעֶזְרְךָ לִשְׁמֹר אֶת הַבְּרִית קֹדֶשׁ", ער וועט דיר העלפן זאלסט זיין אפגעהיטן פון פגם הברית, "כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת כַּיָּדוּעַ", ווייל דורך זיין דערביטערט פאלט מען אראפ אין פגם הברית, "כִּי פְּגַם הַבְּרִית בָּא עַל יְדֵי הַקְּלִפָּה הַיְדוּעָה שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית", די קליפה וואס ווארפט אראפ אין פגם הברית איר נאמען איז ל י ל י ת, "עַל שֵׁם שֶׁמְּיַלֶּלֶת תָּמִיד", זי וויינט שטענדיג, "שֶׁזֶּהוּ בְּחִינַת עַצְבוּת", פון דעם קומט זיין בעצבות, "וְעַל כֵּן עִקַּר שְׁמִירַת הַבְּרִית זוֹכִין עַל יְדֵי שִׂמְחָה", און אז מען איז פרייליך - איז מען אפגעהיטן פון די שלעכטע זאכן.


נאר די איין צייט אין טאג וואס דו גייסט זיך מתבודד זיין - דעמאלט זאלסטו זיך אויסקרעכצן און אויסגיסן דאס הארץ, אבער די איבריגע צייט פון טאג - זאלסטו זיין פרייליך. קוק נאך די ווערטער פון רבי'ן (שם חלק ב', סימן כד): "וְרָאוּי לִקְבֹּעַ לוֹ אֵיזֶה שָׁעָה בַּיּוֹם", עס אזי גוט מען זאל זיך באשטימען א צייט אין טאג, "לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", זיך צו צעברעכן דאס הארץ, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ", און זיך אויסשמועסן אלעס וואס איז אין הארץ מיטן אייבערשטן, "אֲבָל כָּל הַיּוֹם כֻּלּוֹ צָרִיךְ לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה", אבער די איבריגע טאג זאל מען זיין נאר פרייליך.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די דריי זאכן, זאגט דער רבי דיר צו אז דו וועסט ווערן אויסגעהיילט פון די עקלדיגע שמוציגע זאכן, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - יישר כח פאר'ן מיר מחזק זיין צו זאגן תהילים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, סקול, חברים, דרך ארץ, התבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר בית פיגא סקול, איך ווער אזוי פרייליך ווען איך קום נאכאמאל יעדן צופרי אין סקול, דא איז מיין בעסטע פלאץ.


יישר כח פאר אלע שיעורים, עס געבט מיר אזויפיל עצות, אסאך מאל הער איך עס ביינאכט אין בעט.


איך האב געענדיגט די זעקס און אכציגסטע מאל תהלים, יישר כח אייבערשטער. יישר כח ראש ישיבה פאר'ן מיר מחזק זיין צו זאגן תהילים.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט ליב סקול, יעדן אינדערפרי ווערט איר פרייליך צו קענען קומען נאך א טאג אין סקול.


א מחי' צו הערן אזא גוטע בשורה, אז איר זאגט אזויפיל תהלים; איר האט יעצט מסיים געווען די זעקס און אכציגסטע מאל ספר תהלים. איך ווער אזוי פרייליך ווען איך הער אז די תלמידות פון בית פיגא זאגן תהלים.


נעמט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די גאנצע וועלט; מען זאל רעדן צום אייבערשטן, רעדן צו אים אויף די אייגענע שפראך, אים בעטן יעדע זאך און אים דערציילן יעדע זאך. עס איז גאר אן אנדערע לעבן ווען מען לעבט מיט די עצה, אלעס איז אנדערש, אלעס איז גרינגער, מען שפירט זיך ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.


חבר'ט זיך מיט מיידלעך וואס רעדן איידל און פירן זיך איידל, חבר'ט זיך מיט מיידלעך וואס האבן דרך ארץ. ביים רבי'ן איז דרך ארץ נומער 1; ביים רבי'ן איז געווען זייער א שטארקע דרך ארץ, נאר אזוי האט מען געקענט מקבל זיין.


העלפט אייער מאמע; איר האט זייער חשוב'ע עלטערן, זייט מכבד אייערע עלטערן.


א פרייליכן חנוכה.

#3 - פארוואס ווען איך מאך התבודדות, דוקא דעמאלט ווערט מיר שווערער?
התחזקות, קשיות, התבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג מאכן התבודדות, אבער איך האב אויפגעהערט דאס צו טון, ווייל איך האב באמערקט זייער אן אינטערסאנטע זאך וואס פאסירט ווען איך מאך התבודדות.


איך פלעג דערציילן יעדע נאכט פאר'ן אייבערשטן ווי אזוי מיין גאנצע טאג איז פארביער, אין אזוי בין איך איינגעשלאפן. איין נאכט האב איך זיך דערמאנט אז איך האב שוין לאנג נישט גערעדט צום אייבערשטן, אין איך האב אים דאן דערציילט מיין טאג. די קומענדיגע טאג האב איך אבער געוויינט פאר גארנישט, און איך געדענק אז איך האב געזאגט פאר'ן אייבערשטן, אז די גאנצע צייט וואס איך האב נישט גערעדט צו אים איז אלעס געווען גוט, נאר די רגע וואס איך הויב אן רעדן צו אים, שוין וויין איך.


אפאר מאל אויב איך וויל עפעס, האלט איך זיך איין פון בעטן דעם אייבערשטן, ווייל ווען איך בעט נישט איז אלעס גוט. איינמאל איז עפעס נישט געגאנגען אזוי ווי איך האב געוואלט, און איך געדענק אז איך האב געטראכט אז ס'איז א שאד אז איך האב געבעטן. איך טראכט אז אויב איך וואלט נישט געבעטן אפשר וואלט אלעס גוט געווען.


אבער וואס פאסירט נאכדעם איז אז איך ווער אויפגערעגט אויפ'ן אייבערשטן. איך וויל באקומען אביסל חיזוק אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען א מענטש פאלט אריין אין א קאומע השם ישמרינו, קען אויך אויסקוקן אז אלעס איז גוט; מען וויינט נישט, מען לאכט נישט, מען שפירט גארנישט. אדער ווען מען שלאפט, דעמאלט שפירט מען אויך גארנישט, מען וויינט נישט, מען לאכט נישט, מען דארף נישט, אלעס איז גוט; וועט א מענטש טראכטן: 'הלוואי פאל איך אריין אין א קאומע'? אדער: 'הלוואי שטיי איך נישט אויף'? עס איז דא מענטשן וואס זענען אזוי דערביטערט אז זיי ווילן טאקע זיין אין א קאומע, זיי ווילן נישט אויפשטיין, אבער א געזונטער מענטש וויל יא אויפשטיין, אפילו אפשר וועט ער היינט וויינען, אפילו ער וועט האבן א דורכפאל - דאך וויל מען לעבן.


די זעלבע זאך איז דאס רעדן צום אייבערשטן; ווען מען רעדט צום אייבערשטן וועקט זיך דער מענטש אויף פון שלאף, ווילאנג א מענטש רעדט נישט צום אייבערשטן און טראכט נישט פון אייבערשטן - איז ער אזוי ווי אין א קאומע; אפילו ער גייט און קומט, טוט און מאכט - איז אלעס אזוי ווי אין חלום, מען איז נישט אויף; ווען מען הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן - דערוועקט מען זיך, מען הייבט אן זיין וואַכעדיג.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט פארגעסן פון אים און טוט ווייטער אייער אלטע הנהגה פון איבערשמועסן די טאג מיט'ן אייבערשטן; יעדן טאג זאלט איר איבערגעבן אייער טאג צום אייבערשטן, אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהלים.


רעדן צום אייבערשטן לייזט אויס דעם מענטש פון זיין אייגענע גלות, זיין אייגענע תפיסה; עס היילט אויס דעם מענטש, מען ווערט געזונט, מען באקומט כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - וואס טו איך אז מיין התבודדות איז זייער צעמישט?
סבלנות, התבודדות, מסודר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, איך בין אן אנדערער מענטש א דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א.


איך מאך לעצטנס התבודדות, אבער איך בין זייער נישט מסודר וואס און ווי אזוי צו רעדן, איך רעד סתם וואס עס קומט מיר ארויף, מיין קאפ לויפט פון איין זאך צום צווייטן, און איך בין זייער צעמישט. איז דא עפעס א סדר ווי אזוי צו מאכן התבודדות, פון וואס צו רעדן קודם און נאכדעם?


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז ביי התבודדות דארף מען האבן סבלנות, דאס בארואיגט מיר אז ס'איז גוט ווי ס'זאל נאר זיין, דער עיקר אז מ'רעדט אביסל צום אייבערשטן, מ'דארף האבן סבלנות און אלעס וועט זיין גוט.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסקלארן און ענטפערן ווי אזוי איז די ריכטיגע וועג צו מאכן התבודדות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי גייט עס מיט יעדן איינעם; אין אנהייב איז מען נישט מסודר, מען ווייסט נישט ווי אזוי צו רעדן צום אייבערשטן, מען הייבט אן רעדן, מען פארט אריין פון איין שמועס צו אן אנדערע שמועס, מען הייבט אן בעטן אויף איין זאך און מען קען זיך נישט געהעריג ארויסברענגען, הייבט מען אן בעטן אויף דעם אליינס, מען זאל קענען רעדן; א רגע שפעטער הייבט מען אן דאנקען, מען איז צעמישט אן א שיעור.


מען טאר נישט ווערן צעבראכן פון דעם, אפילו מען איז נישט מסודר ביי התבודדות, מען ווייסט נישט ווי אזוי צו רעדן - דארף מען ווייטער אזוי רעדן. אויבן אין הימל איז א גרויסע פרייד ווען מען הערט ווי מען רעדט צום אייבערשטן, אפילו מען זאגט נאר איין ווארט. מוהרא"ש פלעגט אונז אלעמאל זאגן דעם ביישפיל ווי שטארק א טאטע מאמע פרייען זיך ווען זיי הערן זייער קליין קינד הייבט אן רעדן האלבע ווערטער, מען מאכט א גאנצע עסק פון דעם, מען האט אזא תענוג און שעשועים ווען דער קינד מורמעלט עפעס ווערטער, אדער אפילו דער קינד מאכט נאר א קול. מען פריידט זיך, מען שפירט אזא געשמאק; כל שכן וקל וחומר אויבן אין הימל ווערט אזא גערודער, אזא פרייד - ווען מען הערט א קרעכץ, א קול, א ווארט, א געשריי: 'טאטע!' און זיכער ווען מען זאגט א זאץ: 'טאטע העלף מיר!' 'טאטע איך קען נישט מער!' 'טאטע איך וויל זיין גוט!' 'טאטע איך מיין נישט קיין שלעכטס!' 'טאטע, זע מיין הארץ'; עס ווערט א שמחה אין אלע וועלטן.


איך בעט דיר זייער, לאז נישט אפ די הייליגע זאך פון התבודדות. דער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמ): "אפילו כשאין יכולין לדבר בהתבודדות, רק תבת 'רבונו של עולם', גם כן טוב מאד", אפילו מען קען נישט רעדן קיין ווערטער, מען קען נאר זאגן 'טאטע' - איז דאס אויך זייער חשוב.


אפילו מען קען נאר געבן א קרעכץ: "אוי, אוי" - איז דאס זייער גוט. דער רבי האט געגעבן אן עצה פאר איינעם וואס איז געקומען פרעגן דעם רבי'ן אז ער קען נישט עפענען זיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן (שם, סימן תקיא), האט אים דער רבי געזאגט: "אם כן שוכבין עצמן וגונחין גניחה אחר גניחה", אז דו קענסט נישט רעדן, דו האסט נישט קיין ווערטער - זאלסטו קרעכצן, "ועשה רבנו זכרונו לברכה בעצמו גניחות תכופות, כמרמז שכך יעשה", דער רבי האט אים געוויזן ווי אזוי דאס צו טון.


הכלל, דו גיי ווייטער אן מיט דיין צעמישטע וועג פון רעדן צום אייבערשטן. תפילה איז צוגעגליכנט צו פיילן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ב) תפילה איז אזוי ווי געווער, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט רש"י: "תפלה ובקשה"; ווען מען שיסט פיילן ווייסט מען נישט וואס פאר א פייל וועט ריכטיג צוטרעפן, מען שיסט פיילן, אפילו אלע פיילן וועלן גיין לאיבוד און נאר איין פייל וועט צוטרעפן - איז שוין גענוג, אזוי איז ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען ווייסט נישט וואס פאר א תפילה וועט צוטרעפן, וואס וועט מאכן א רושם. רעד ווי אזוי עס לאזט זיך, צעמישטערהייט; ווייל איין ווארט וועט אנקומען און שפאלטן אלע הימלען, עס וועט ברענגען דיין ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי האלט מען אן דאס ברען וואס מ'האט אמאל געהאט?
חינוך הילדים, קדושה, חסידות, התבודדות, התחדשות, עבודת השם, מלמדים, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל מוז איך זיך זייער באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים און עצות אין לעבן, וואס העלפט מיר אזויפיל, און ס'ברענגט מיר אריין א האפענונג און סיפוק אין לעבן.


איך וועל פרעגן עטליכע זאכן. ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האט עס מיר גאר שטארק אנגעצינדען א גרויסע התלהבות, און איך האב אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן מיט א געוואלדיגע ברען, איך האב געשפירט אז איך האב ענדליך געטראפן איינעם וואס פארשטייט מיר און רעדט צו מיין הארץ, און ס'האט מיר שטארק געטוישט דאס לעבן צום גוטן; אבער ווי לענגער עס גייט דורך מער צייט, ווערט ביי מיר אפגעקילט דאס ברען וואס איך האב געהאט אנפאנג, און מיט דעם ווערט אויך ווייניגער דאס מקיים זיין וואס איך הער, וויל איך האבן אן עצה וואס צו טון איבער דעם.


צווייטנס, דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך ווי אזוי מ'דארף לעבן אינדערהיים, און דאס האט מיר גאר אסאך געהאלפן, אבער פון די אנדערע זייט בין איך אויפגעוואקסן מיט אנדערע סארט הדרכות, ביי אונז האט מען אסאך גערעדט קעגן תאוות וכו'. דארף איך אפלאזן מיין ביז יעצטיגע וועג, אדער איז דא א מיטלוועג אין דעם.


דריטנס, איך בין א מלמד, איך לערן מיט קינדער, און לעצטנס האב איך זיי אנגעהויבן אויסלערנען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, איך שפיר אבער אז איך קען נישט האלטן די קינדער אין די ראמען נאר מיט שרייען און אנשרעקן, איך האב נישט קיין אנדערע וועג זיי צו האלטן אויפ'ן פלאץ; דארף איך אפלאזן דאס מלמדות, אדער איז דא א וועג זיך צו טוישן?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עצות און חיזוק אויף די זאכן, און איך האף צו זען דעם ראש ישיבה שליט"א בקרוב דא אין ארץ ישראל.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


אויף די ערשטע פראגע, אין אנהייב האסטו געשפירט מער חשק און התלהבות, דו ווייסט נישט וואס גייט פאר אז דו פארלירסט די ברען און חשק.


וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, "רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודת השם, און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפגיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפ געפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר צו קענען גיין העכער און העכער.


די צווייטע פראגע, עס זעט דיר אויס א סתירה די ווערטער וואס דו הערסט דא ביים רבי'ן מיט די וועג ווי אזוי דו ביסט אויפגעוואקסן, דו ביסט אויפגעוואקסן אז אלעס איז תאוות, אלעס איז גשמיות, מען דארף זיך אפרייסן וכו' וכו'; וואס איך שייך צו זאגן תאוות? דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "וואס איז שייך צו זאגן תאוות? עסן דארף מען - מען זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, שלאפן דארף מען - מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן און חתונה האבן דארף מען - צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך צו זאגן אויף די אלע זאכן תאוות".


בלייב ביי דיין פלאץ, מאך נישט קיין מחלוקת; נעם דעם רבי'ן פאר חיזוק, לערן דעם רבינ'ס ספרים וועט זיך דיר עפענען דיין מח, דו וועסט קוקן אנדערש אויף די וועלט.


ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט דעם רבינ'ס קול - הייבט מען אן שפירן ווי מען איז ארום גענומען מיט אייבערשטער, מען הייבט אן שפירן א זיסקייט אין לעבן, מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; וואס מען דארף - בעט מען אים, וואס מען וויל רעדט מען צו אים; מען דאנקט און מען לויבט אים, די ווייב און קינדער ווערן א חלק אין עבודת השם.


גלייב מיר, עס איז דא אסאך צו שרייבן אין דעם ענין; א שאד מען רעדט נישט פון דעם צו בני הנעורים, וואלטן אלע זיך געצויגן צום אמת. רוב פאלן אוועק ווייל זיי האבן נישט קיין כח זיך צו רייסן מיט די לעבן, מען רעדט נאר פון זיך אפשיידן, פון זיך אפטיילן; דער רבי רעדט אנדערע ווערטער, דער רבי רעדט אזוי שטארק פונעם אייבערשטן - אז עס ווערט אזוי ליכטיג, עס ווערט אזוי זיס; גשמיות ווערט רוחניות, אלעס ווערט אלוקות.


די דריטע פראגע, אויב דו זאלסט אפלאזן די מלמדות, דו שפירסט ווי אן שרייען גייט עס נישט; איך מיין דו זאלסט ענדערש אפלאזן די שרייען, שרייען איז א זאך וואס העלפט נישט, שרייען קומט פון פארלוירנקייט, פון נישט געהעריג שלאפן, פון נישט געהעריג עסן, און עס העלפט נישט.


איך בין געווען א מלמד, איך בין געווען פארלוירן, איך האב געהאט קינדער וואס איך האב נישט געטראפן די וועג זיך צו מחבר זיין מיט זיי; זיי האבן נישט געוואלט פאלגן און איך האב נישט געהאט א וועג מיט זיי ווי צו קענען זיין א גוטער מלמד זיי זאלן פאלגן, וואס האב איך געטון? איך פלעג גיין אינדערפרי פארטאגס התבודדות, איך האב געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן אן עצה ווי אזוי צו קענען לערנען מיט זיי; איך האב דערציילט דעם אייבערשטן יעדן קינד ווי אזוי ער איז אין כיתה, אלעס אלעס דערציילט, און ביז א קורצע צייט זענען די קינדער געווארן די חשוב'סטע קינדער; טו דאס וועסטו האבן הצלחה.