שאלה אין קורצן ענין
#12 - וואס איז יא די ריכטיגע וועג צו לערנען מיט חתנים?
הדרכות, הלכה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן בכפל כפלים.


איך האב געהערט א שיעור ווי איר רעדט זייער שארף קעגן די חתן מדריכים. איך האב געהאט א שטארקע חשק צו ווערן א חתן מדריך, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א געבן א שיעור פאר חתן מדריכים, און אויסלערנען וואס איז יא די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו לערנען מיט חתנים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מוהרא"ש האט מיר געבעטן איך זאל לערנען מיט חתנים - זיי אנגרייטן פאר'ן לעבן, האב איך געפרעגט מוהרא"ש: "איך דארף דאך האבן הדרכה צו וויסן וואס צו לערנען מיט זיי", האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "איך געב דיר הדרכה, זאלסט לערנען מיט חתנים וואס שטייט אין שלחן ערוך און חס ושלום צולייגן אדער אראפנעמען פון דעם".


דאס זעלבע איז ביי דיר; אז דו ווילסט לערנען מיט חתנים - זיי אנגרייטן פאר'ן לעבן זאלסטו מיט זיי לערנען וואס שטייט אין שלחן ערוך און חס ושלום צולייגן אדער אראפנעמען פון דעם, ווייל אז מען נעמט אראפ פון שלחן ערוך אדער מען לייגט צו - איז דאס גורם אז מען זאל אפלאזן די וועג פון די תורה.


זאלסט נישט לערנען מיט זיי קיין חומרות ופרישות ווייל דאס איז גורם אז מען זאל אלעס אפלאזן השם ישמרינו; דער הייליגער ווילנער גאון זכותו יגן עלינו זאגט: "אז מען לייגט צו צום שלחן ערוך ווערט מען א פורק עול; דער אייבערשטער האט אונז געגעבן תרי"ג מצוות, איינמאל מען לייגט צו נאך איין זאך, ווערט פון תרי"ג מצוות תרי"ד - תָּרִיד, דאס איז מרומז אינעם פסוק וואס שטייט (בראשית כז, מ): 'וְהָיָה כַּאֲשֶׁר 'תָּרִיד' - וּפָרַקְתָּ עֻלּוֹ', אז מען לייגט צו ווערט מען א פורק עול".


ליידער זענען דא חתנים מדריכים וואס לערנען מיט חתנים פאלשע לימודים, מען לערנט אויס עבודות און פרישות וכו', וכו'; דאס איז גורם אז אינגעלייט זאלן זיך צעטיילן, עס ווערן פון דעם גט'ן, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין עבירות רחמנא לצלן. אז דו ווילסט לערנען מיט חתנים זאלסטו לערנען מיט זיי די וועג פון די תורה, זאלסט גארנישט צולייגן צום שלחן ערוך, ווייל ביים רבי'ן איז געווען נאר וואס דער שלחן ערוך זאגט, און ווער עס לייגט צו צום שלחן ערוך, ער וויל זיין פרומער פון די תורה - איז אזוי ווי דער נחש הקדמוני, וואס קודם לייגט מען צו צום ציווי וואס דער אייבערשטער האט געזאגט (בראשית ג, ג): "לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ", דער אייבערשטער האט געזאגט מען זאל נישט עסן, און דער נחש האט געשטעלט א פנים ווי א 'פרומער' און צוגעלייגט: 'לֹא תִגְּעוּ בּוֹ', און דערנאך אראפ געווארפן אדם וחוה, וואס פון דעם איז ארויסקומען אלע שלעכטס.


וואס דארף מען מער ווי זיין א פשוט'ער איד? עס איז דאך אזוי גוט אז מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, מען לעבט מיט די תורה; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "איך בין צוגעקומען צו אלע מיינע מדריגות נאר ווייל איך האב זיך געפירט בתמימות ובפשיטות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#11 - קענט איר מיר געבן הדרכה צו מיין חתונה?
שלום בית, הדרכות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט א בחור פון ארץ ישראל וואס הערט אויס אלע שיעורים, און דאס געבט מיר חיזוק אנצוגיין אין לעבן, און איך האב שוין עטליכע מאל געענדיגט ששה סדרי משנה.


איך בין ברוך ה' א חתן געווארן, מיין חתונה איז אין צוויי חדשים ארום, און איך האב געוואלט באקומען הדרכות ווי אזוי צו צוצוגיין צו די חתונה.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער יסוד היסודות פון שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן; אויב עפעס טוט וויי דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיט'ן צווייטן. אויב מען רעדט נישט, אדער איינער האט מורא פונעם צווייטן צו רעדן איז דאס א חסרון אין שלום בית.


ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד היסודות; דער רבי האט נישט געלאזט קומען צו אים אן א ווייב און דער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל האלטן חשוב די ווייב, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שיחות הר"ן (סימן רסד) אז דער רבי האט געבעטן מיר זאלן האלטן חשוב און רעדן שיין צו די ווייב; דער רבי האט געזאגט: "הַלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּידָה וְהַגִּידוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם, בְּכַמָּה אוֹפַנִים הַקָּשִׁים וּכְבֵדִים מְאֹד מְאֹד וְכוּ' וְכוּ'", די פרויען גייען אריבער אסאך יסורים און אסאך צער; צער העיבור, צער הלידה און צער פון מגדל זיין די קינדער וכו'.


דעריבער אז דו גייסט יעצט צו די חתונה, זאלסטו שטענדיג אכטונג געבן אויף דיין ווייב; זאלסט רעדן צו איר שיין און איר געבן אסאך גוטע ווערטער, קיינמאל נישט טענה'ן מיט איר; מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך זאגן: "מיט א ווייב טענה'ט מען נישט א ווייב איז אלץ גערעכט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת, זאלסט שטענדיג זוכן ווי דו קענסט אויפבויען דיין ווייב, איר געבן גוטע ווערטער, אזוי וועט זי טון שטענדיג דיין ווילן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי", א פרוי ווערט איינס מיט'ן מאן נאר אויב ער מאכט ער פאר א כלי; ווי מוהרא"ש איז דאס מסביר, אז אויב מען בויט אויף די ווייב, מען מאכט איר פאר א גאנצע כלי, מען הייבט איר אויף מיט גוטע ווערטער: "דו קענסט יא", "דו ביסט יא", "דו ביסט מיין לעבן", וכו' וכו' ווערט זי א געבויטע כלי און זי וועט ווערן איינס מיט דיר, ענקער שטוב וועט זיין א משכן, א פלאץ פאר השראת השכינה .

#10 - ווי אזוי קען איך צוגיין צו מיין חתונה מיט א רואיגקייט?
שלום בית, שידוכים, חתונה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ניגונים, און חיזוק, וואס איז מיר אזוי שיין מדריך אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן.


איך בין ב"ה א חתן געווארן, די חתונה איז אין עטליכע חדשים, אבער ווי נענטער עס ווערט צו די חתונה ווער איז מער נערוועז און דערשראקן, אפשר איז דאס נישט מיין ריכטיגע שידוך? אפשר וועל איך זיך נישט אויסקומען מיט איר? די כלה איז נישט אזוי שיין, ווי אזוי וועט זי מיר העלפן זיך היטן די אויגן? און אזוי ווייטער בין איך פול מיט בלבולים און פחדים. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר ווי אזוי איך זאל קענען צוגיין צו די חופה פרייליכערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט געטארפן דיין שידוך און דו ביסט שוין גרייט צום חופה גיין; לאז דאפ די נארישע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'אויב דאס איז טאקע דיין באשערטע', דאס איז אלעס עצת היצר הרע וואס פארגינט נישט אז דו גייסט זוכה זיין צו ווערן אן אדם השלם, דו גייסט אנהייבן לעבן בקדושה ובטהרה.


בנוגע דיין פחד אויב דו וועסט קענען לעבן מיט איר בשלום וכו'; דאס ווענדט זיך נאר אין דיר, אז דו וועסט זיין א וותרן, דו וועסט נישט זוכן אויסצופירן וועסטו האבן שלום בית, נעם זיך פאר קיינמאל נישט זוכן אויסצופירן וועט דיר גוט זיין. עס איז נישט געפערליך ווען די ווייב איז גערעכט, מען ווערט נישט קלענער ווען זי איז גערעכט.


אויך זאלסטו זיין א געביגער; זאלסט נישט זיין א קמצן, סיי מיט געלט און סיי מיט גוטע ווערטער, זאלסט איר שטענדיג געבן געלט און איר באגיסן מיט גוטע ווערטער.


בנוגע שמירת עיניים וכו'; נאך די חתונה דארף מען ווייטער ארבעטן אויף שמירת עיניים. עס מיינט נישט צו זאגן אז איינמאל מען האט חתונה האט מען מער נישט קיין נסיונות, מען האט ווייטער די זעלבע נסיונות נאך די חתונה, נאר עס איז גרינגער זיך צו שטארקן מיט א ווייב, אבער מען דארף זיך ווייטער היטן די מחשבה און די אויגן. מען דארף ווייטער שרייען צום אייבערשטן: "'הַעֲבֵר עֵינַי מֵרְאוֹת שָׁוְא', היט מיר אייבערשטער איך זאל האבן ריינע אויגן, איך זאל נישט פארשווארצט ווערן בזה ובבא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א גוט לעבן.

#9 - ס'קומט מיר נישט אונטער קיין בזיונות, ווי אזוי קען איך תשובה טון?
חתונה, תשובה, בזיונות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן, איך גרייט זיך אויף מיין חתונה בשעה טובה ומצלחת, און איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען תשובה טון אויף פגם הברית.


איך ווייס אז דער רבי זאגט אז יעדער קען תשובה טון, אבער למעשה וויל איך וויסן ווי אזוי מ'פאררעכט דאס. איך ווייס אויך אז דער רבי האט געזאגט אז דער עיקר תשובה איז אפצושווייגן אויף בזיונות, וואס זאל איך אבער טון אז ס'קומט מיר נישט אונטער קיין בזיונות?


אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי איך זע אז אלס חתן בין איך ליידער אויך אראפגעפאלן, וויל איך וויסן צי ס'גייט זיך טאקע טוישן ביי מיר נאך די חתונה? ווייל איך זע בריוו פון אינגעלייט וואס זאגן אז זיי פאלן אויך אראפ.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


מזל טוב חתן! דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב.


דו דארפסט זיך זייער פרייען אז דו גייסט שוין צו דיין חתונה; דו ווייסט דאך אז פאר א חתן איז מען מוחל אלע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן - גֵּר שֶׁנִתְגַּיֵּר, וְהָעוֹלֶה לִגְדוּלָּה, וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל זייערע עבירות, א גר וואס איז זיך מגייר, ווען איינער איז עולה לגדולה און א חתן וואס האט חתונה, אזוי ווי עס שטייט "מָחֲלַת" - שֶׁנִּמְחֲלוּ עֲוֹנוֹתָיו.


יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן גייסטו אנהייבן א נייע בלעטל אין לעבן; דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", און דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", אז מרקדים איז טייטש 'טאנצן און שפרינגען'; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פון דאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


איך בעט דיר טייערער חתן, שלעפ נישט מיט מיט דיר דיין גאנץ לעבן דיינע אלטע חטאים. וואס איז געווען איז געווען, יעצט הייבט זיך אן אלעס פונדאסניי; איך ווייס אז דער יצר הרע פארגינט דיר נישט אז דו גייסט חתונה האבן און דו גייסט ווערן הייליג און ריין, דערפאר ברענגט ער דיר אריין כל מיני פראגעס און ער צעברעכט דיר מיטן מאכן טראכטן אז דו וועסט אייביג אראפ פאלן וכו'.


בעט איך דיר חתן, פארגעס וואס איז געווען און הייב אן מיט א נייע התחלה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "'ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה', ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז אדורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי".


מאך זיך א שיעור אין משניות, דאס וועט דיר אויסוואשן פון דיינע חטאים; אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער, ווייל ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן ווער אים פאר'תם'ט די קאפ אז ער קען זיך שוין נישט קאנצעטרירן און פארשטיין וואס ער לערנט. זאלסט זאגן אסאך משניות וועסטו זיך אינגאנצן אפוואשן פון דיין עבר און דו וועסט זיין אפגעהיטן אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו דיין חתונה מיט מזל און ברכה.

#8 - ווער איז א גוטער חתן מדריך?
שלום בית, חתונה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן ב"ה, און איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א צו וועלכן חתן מדריך איך זאל גיין. איך הער אלץ ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אז מ'דארף זיך אכטונג געבן פון פאלשע מדריכים, ווי אזוי קען איך אבער וויסן פאראויס ווער ס'איז א גוטער מדריך?


אויך וואלט איך געוואלט הערן הדרכות אויף שלום בית, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר שרייבן עפעס איבער דעם.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אנצוקומען צו פאלשע מדריכים וואס לערנען אויס חומרות מיט פרישות וואס איז אנטקעגן די הייליגע תורה; זיי שטעלן זיך אהער ווי חסידים וכו' ווען באמת זענען זיי פשוט'ע מניוולים, ענדערש זאל מען בכלל נישט גיין צו קיין חתן מדריך ווי איידער אנצוקומען צו זיי.


באמת דארף מען בכלל נישט קיין חתן מדריך; א חתן דארף לערנען די הלכות אין שלחן ערוך יורה דעה סימן קצ"ה, קצ"ו און אביסל סימן קפ"ט צו קענען די חשבונות און אביסל צוגרייטן וכו', אבער דאס וואס מען מאכט שיעורים וכו' איז נאך א וועג ווי אזוי מען קען ארויס ציען געלט פון די עלטערן (אזוי ווי מען טוט מיט בר מצוה בחורים צו לערנען מיט זיי א פשעטל; ווי לאנג נעמט אויס צו לערנען אפאר שורות פון א פשעטל? מערסטנס א שעה צוויי, אבער אויף דעם קען מען נישט בעטן קיין גרויסע געלטער, מאכט מען א שפיל מיט'ן קינד ער זאל קומען נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, אלעס וועדליג דאס געלט).


מוהרא"ש זאגט אז איינע פון די סימנים פון א פאלשער חתן מדריך און א פאלזער שלום בית מאכער איז אז ער בעט געלט און אלעס איז געוואנדן אין געלט; פון אזא איינעם דארף מען אנטלויפן, ווייל ער מיינט נישט דיין טובה ער מיינט בלויז זיין געלט; ער וועט זיכער מאכן ארויס צו ציען נאך און נאך געלט פון דיר, ווי לאנג ער וועט טרעפן א צווייטן פון וועמען צו מעלקן; אן ערליכער איד וועט קיינמאל נישט בעטן קיין געלט צו העלפן מאכן שלום בית און צו לערנען פאר די חתונה וכו'.


אז דו ווילסט האבן א גוט לעבן זאלסטו שטענדיג געדענקען דעם כלל: "זוך נישט צו זיין גערעכט"; מען ווערט נישט קליין אויב מען פירט נישט אויס און מען ווערט נישט גרויס אויב מען פירט יא אויס, ענדערש "זוך צו זיין קלוג", - וועסטו האבן א שיינע לעבן.


אויף נאך א זאך זאלסטו אכטונג געבן, אז דו זאלסט שטענדיג רעדן שיין צו דיין ווייב, אפילו אויב זי איז דיר מצער; געב א קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רַבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן זי איז דאך דיר מצער?! האט אים רב חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף מיינע קינדער צו לערנען די הייליגע תורה; זעט מען ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת און זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים.

#7 - וויפיל איז דער שיעור זיך מחזק צו זיין?
חתונה, התחזקות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט דעם בריוו וואס איר האט געענטפערט אויף די פראגע וויפיל איז דער שיעור אנצוהויבן נאכאמאל און נאכאמאל. ווען מ'פאלט און מ'פאלט אזויפיל מאל, שפירט מען שוין אז ס'איז באמת נאריש צו זאגן אז מ'הויבט אן נאכאמאל.


איך האב זיך מחיה געווען מיט דעם בריוו, ווייל די זעלבע קשיא דרוקט מיר שוין פאר אסאך יארן, און איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ענטפער, אבער איך האב פרובירט מקיים צו זיין די עצות פונעם בריוו, סיי צו זאגן תהלים און סיי צו לערנען יעדן טאג כך וכך, איך שפיר אבער נישט אז ס'זאל מיר העלפן, איך פאל צוריק אריין אין עבירות טאג טעגליך, אז איך ווייס שוין באמת נישט וויפיל איז דער שיעור זיך מחזק צו זיין.


איך בין א חתן, און ס'הויבט מיר אן אויפקומען געפילן אז אפשר גייט זיך גארנישט טוישן נאך די חתונה. ביז יעצט פלעג איך זיך טרייסטן אז נאך די חתונה קומט גוטע צייטן אן קיין פראבלעמען, אבער יעצט הויב איך שוין אן האבן ספיקות אין דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אן עצה געבן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח.


שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן שמואל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן דיין שידוך; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן וועסטו זוכה זיין צו זיין אן ערליכע איד. די הייליגע חכמים זאגן (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר - נוֹשֵׂא אִשָׁה וְלוֹ בָּנִים", ווען מען האט חתונה איז מען ריין און מען קען דינען דעם אייבערשטן מיט א ריינע מח.


איך בעט דיר זייער זאלסט אפלאזן דיינע אלטע מעשים; יעצט הייבט זיך אן א נייע תקופה אין דיין לעבן מיט דעם וואס דו גייסט חתונה האבן. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", אז מרקדים איז א לשון פון טאנצן און שפרינגען, "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", דאס הייסט אז א חתן דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה, ער דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דאס וואס דו פרעגסט: "וויפיל איז דער שיעור זיך צו מחזק זיין?" וויסן זאלסטו אז אריין גיין אין די קדושה נעמט נישט איין מינוט, מען דארף אסאך ווארטן ביז מען איז זוכה צו ווערן א כהן גדול. דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו טייטשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כ:): "כְּבָר צָוַוח הַכֹּהֵן אָנָּא הַשֵּׁם, וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ בִּירִיחוֹ", זאגט ער (נועם אלימלך, תחלת פרשת וישלח): "שֶׁזְמַן אָרוֹךְ צָרִיךְ הָאָדָם לִצְעֹק: 'אָנָא הַשֵׁם, עָזְרֵנִי שֶׁאֶזְכֶּה לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת', וְאָז וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ, אֲבָל לֹא בְּיָמִים מוּעָטִים", מען דארף אסאך שרייען צום אייבערשטן ביז מען איז זוכה צו ווערן א צדיק.


זיי נישט צעבראכן פון דעם וואס דו זעסט אז עס גייט אריבער אסאך צייט און דו מוטשעסט זיך און דו קומסט נישט אן וכו' וכו', ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען א מענטש וויל ווערן אן ערליכער איד, ער שפירט ווי קיינער דארף אים נישט, "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", אבער דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך, דאן וועט ער אלעס אריבער גיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס זענען נאר פארהאנען.


דאס איז דיין שיינקייט און דאס האט דער אייבערשטער ליב; צו זען ווי א איד וואס עס קאכט אין אים אלע שמוץ און נארישקייטן, מיט דעם אלעם דערהאלט ער זיך און ער קומט נאכאמאל צוריק, ער בעט דעם אייבערשטן און ער וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכער איד, האב אויף מיר רחמנות וכו' וכו'"; דאס קען אפילו א מלאך נישט באווייזן.


זאלסט גיין צו דיין חתונה מיט גרויס פרייד און אויפשטעלן א ערליכע אידישע שטוב.

#6 - וואס טו איך אז איך האב נישט קיין פראבלעמען?...
תפילה והתבודדות, חתונה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אויס אייערע שיעורים, און דער ראש ישיבה שליט"א רעדט זייער אסאך אז מ'דארף זיך אויסרעדן און זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן. איך האב אבער איין פראבלעם, אז איך האב פשוט נישט קיין פראבלעמען...


אלעס גייט מיר ב"ה אויפ'ן בעסטן אופן, איך בין ב"ה א חתן, איך האב אסאך חברים, איך קום פון א גוטע שטוב, איך בין פון די מצוינים אין ישיבה, און אזוי ווייטער איז מיר אלעס זייער גוט ב"ה.


פארשטייט זיך אז ס'מאכט זיך אמאל קליינע פראבלעמען, אבער נישט אזעלכע וואס איך זאל זיך דארפן מיט דעם "אויסרעדן" צום אייבערשטן.


יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, נר ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט גיין צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת, און אויפשטעלן קינדער וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


וואס זאל איך דיר זאגן, אין אנהייב איז טאקע שווער צו רעדן צום אייבערשטן אבער איינמאל מען ברעכט דאס דורך, מען פאלגט דעם רבי'ן און מען טוט די עצה וואס ער האט אונז געגעבן - די עצה פון התבודדות - האט מען שוין נישט דעם פראבלעם פון נישט האבן וואס צו רעדן וכו'. מען קען נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס לעבט נישט מיט די עצה וואספארא זיסע איינגענעמע טעם מען שפירט ווען מען גייט אויף דעם וועג; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "אִלְמָלֵא לֹא בָּאתִי אֶלָּא לִשְׁמוֹעַ דָּבָר זֶה - דַּיֵּנוּ", ווען מיר וואלטן ווען מקורב געווארן צום רבי'ן בלויז צו הערן די זאך פון התבודדות - וואלט שוין גענוג געווען; פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט מיר זאלן וויסן פון רבי'ן, אז דער רבי זאל אונז אויסלערנען מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּ אַ גוּטֶע פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּ אַ גוּטֶע פְרֵיינְד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


אין אנהייב איז זייער שווער צו רעדן צום אייבערשטן, בפרט ווען א מענטש איז נעבעך פארשמירט מיט חטאות נעורים אין פגם הברית, ער האט נעבעך מוצא געווען זרע לבטלה רחמנה לצלן רחמנא לשיזבן, דעמאלט איז אים שווער צו עפענען זיין מויל און רעדן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", דער קען נישט דאווענען, ווייל ווען א מענטש זינדיגט פארלירט ער די אמונה ער זעט נישט און שפירט נישט דעם אייבערשטן; דארף מען אויף דעם אליינס בעטן דעם אייבערשטן, אז מען זאל קענען רעדן.


ווער נאך דארף אזוי סאך דאווענען און בעטן ווי א חתן וואס דארף בעטן פאר זיין לעבן; ער זאל זוכה זיין צו האבן געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, קינדער און איינקלעך וואס וועלן גיין בדרך התורה והיראה. דו ווייסט דאך די מעשה וואס האט פאסירט ווען דער רבי'ס טאכטער איז געקומען צום רבי'ן זיך באקלאגן אז איר דינסט איז אוועקגעגאנגען פון איר און זי דארף א דינסט צו העלפן אין שטוב, האט איר דער רבי געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן פאר א דינסט ווען דו ביסט געשטאנען אונטער די חופה?" זעט מען אויף וואס מען דארף אלץ בעטן - פאר יעדע פרט אין לעבן, אפילו אויף צו האבן א העלפער אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.


 

#5 - זאל איך רעדן מיט מיין כלה?
קדושה, שידוכים, חתונה, התחדשות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר ענטפערן אויף מיין שאלה וואס צו טון אז דוקא נאכדעם וואס איך בין שוין א חתן געווארן, האב איך אנגעהויבן נאך מער פאלן.


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען זיך צו שטארקן און איך האב צעבראכן מיין אייפעד, נאך אסאך תפילות און בזכות דעם ווארעמען בריוו פונעם ראש ישיבה


איך וויל פרעגן אזא שאלה, איך זע אז יעדעס מאל נאכ'ן רעדן מיט מיין כלה, איז מיר פיל גרינגער, אפשר זאל איך רעדן מער מיט איר, ווייל זי וויל רעדן אבער מיינע עלטערן ווילן נישט איך זאל רעדן מיט איר.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט אוועק געווארפן דעם אייפאד; מיט דעם האסטו מקיים געווען א מצוה פון "וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ (דברים יז, ז)"; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בלייבן שטארק דיין גאנץ לעבן נישט צו קוקן קיין מאווי"ס - וועסטו האבן אלע ברכות.


אודאי זאלסטו רעדן מיט דיין כלה, אזוי וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס. עס זענען דא פלעצער וואו מען איז זייער מקפיד אז חתן-כלה זאלן נישט רעדן און זיך נישט טרעפן, אבער מוהרא"ש האט מדריך געווען חתנים און כלות זיי זאלן יא רעדן.


מאך די ריכטיגע הכנות פאר דיין חתונה; עס קומט א גרויסער טאג, דער יום החופה ווען מען איז מוחל די חתן און כלה אויף אלע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן ... וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל אלע זייערע עבירות, איינע פון זיי - א חתן וואס האט חתונה; מען הייבט אן א פרישע בלעטעל אין לעבן.


זאלסט זיך באנייען, נישט קוקן וואס איז געווען נאר שטענדיג אנהייבן פונדאסניי. דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4 - פארוואס האב איך אנגעהויבן מער פאלן נאכ'ן טרעפן מיין שידוך?
קדושה, תפלות אויף אידיש, מאוויס, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' א חתן געווארן למזל טוב, אבער זייט איך בין א חתן געווארן פאל איך מער און מער, בפרט אין קוקן מאוויס. איך שפיר אז איך קען שוין נישט מער, איך בין זייער צעבראכן פון דעם אז איך פאל דוקא נאכדעם וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן אזא גרויסע מתנה, און אויך אז איך בין פוגע אין מיין כלה מיט דעם אז איך טו עבירות, עס קומט איר נישט אזא מאן א בעל עבירה ווי איך. וואס קען איך טון?


א גרויסן ישר כח פאר אלע שיעורים, עס ווארעמט אויף מיין הארץ.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט ערליכע אידישע דורות.


עס איז א שאד אז יעצט ווען דו ביסט שוין א חתן זאלסטו ווייטער קוקן מאווי"ס; ווען מען קוקט עקלדיגע מאווי"ס, מען היט זיך נישט די אויגן, פאלט מען אראפ אין די הארבע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דאס שטערט דעם מענטש פון קענען לעבן א פרייליכע לעבן, עס דערביטערט דעם מענטש ביז מען וויל שוין נישט לעבן.


זייער אסאך מענטשן ליידן היינטיגע טעג פון עצבות און מרה שחורה, מענטשן פייניגן זיך מיט שווערע מחשבות, דמיונות און פחדים; אלעס נעמט זיך פון נישט היטן די אויגן. ווען מען היט נישט די אויגן, מען קוקט אויף פרעמדע פרויען, מען קוקט אויסגעלאסענע עקלדיגע בילדער, קליפס און מאווי"ס - גייט די שכינה הקדושה אוועק פונעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן הייליג וועל איך אוועק גיין פון אייך"; ווען מען קוקט עקלדיגע בילדער, קליפס, מאווי"ס און ווידיאוס פון עבירות - גייט די שכינה הקדושה אוועק פונעם מענטש, דאס מאכט מען זאל זיך פייניגן מיט שווערע געפילן א גאנץ לעבן, מען האט שלעכטע מחשבות, מען האט דמיונות און פחדים, מען האט נישט קיין מנוחה; מען לויפט פון איין טעראפיסט צום צווייטן, מען זוכט אן עצה, א רפואה - אבער גארנישט העלפט נישט ווי לאנג מען איז מפקיר די אויגן.


מאך זיך א חשבון, 'וואס ווילסטו אין לעבן, ווילסט זיך מוטשען דיין גאנצע לעבן? אדער דו ווילסט זיין פרייליך און צופרידן?' דו אליין דארפסט מאכן דעם חשבון פאר דיר, אויב דו ווילסט שפירן א זיסקייט אין לעבן, דו ווילסט זיין א צופרידענער מענטש - זאלסטו פון היינט אפלאזן די מאווי"ס; ווארף אוועק דיינע כלים אויף וואס דו קוקסט די עקלדיגע אויסגעלאסענע בילדער און קליפ"ס, ווייל דאס גייט נישט אינאיינעם. די קליפס, די מאווי"ס ברענען אויס די מח מחשבה פונעם איד, עס פארטונקלט די אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא): אמונה און ברית גייען צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט (תהילים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, פארלירט ער די אמונה.


נעם דיר די עצה פון הייליגן רבי'ן, רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן זאלסט קענען זיין שטארק נישט צו קוקן קיין עבירות, בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד; העלף מיר איך זאל נישט קוקן קיין מאווי"ס, איך זאל נישט קוקן קיין שמוץ. איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין אזוי צוגעקלעבט צו קוקן מאווי"ס, איך קען זיך נישט ארויסזען פון דעם! איך ווייס דאס שעדליכקייט דערפון, איך ווייס אז עס איז נישט גוט, דאך איז מיר אזוי שווער; וויפיל איך מאך אפ אז איך גיי מער נישט קוקן - פאל איך אריין טיפער און טיפער.


הייליגער באשעפער העלף מיר, לייג אריין אין מיר א ריינקייט, לייג אריין אין מיר א הייליגקייט; לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים, געב מיר א נייע הארץ, וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי, באניי אין מיר א נייע ווילן, א נייע גייסט - איך זאל זיך עקלען פון קוקן מאווי"ס. עֲנֵנוּ ה' עֲנֵנוּ, העלף מיר אייבערשטער ענטפער מיר, נעם אן מיין געבעט. העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות דעם הייליגן רבי'ן רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו ובזכות אלע צדיקים, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגֹאֲלִי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן זויבערע אויגן און גיין צו דיין חתונה ריין און הייליג.

#3 - מעג מען שיקן א חתן-כלה בילד?
צניעות, חתן, בילדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט מבשר זיין פאר'ן ראש ישיבה שליט"א די גוטע בשורה אז איך בין ברוך ה' א חתן געווארן בשעה טובה ומצלחת מיט אן ערליכע מיידל.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'מעג שיקן פאר חברים א בילד פון מיר מיט מיין כלה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין שידוך! איך בין זייער פרייליך צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט געטראפן א גוטע שידוך, א וואויל מיידל; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל און זוכה זיין צו שיינע ערליכע אידישע דורות, לה' ולתורתו.


שיק נישט קיין בילד פון דיין כלה פאר קיינעם; עס איז נישט איידל צו שיקן פריוואטע בילדער פון זיך און די כלה. אזוי אויך נאך דיין חתונה זאלסטו קיינמאל נישט ארויס לייגן א בילד פון דיר און דיין ווייב, עס איז נישט איידל.


ליידער איז נישטא ווער עס זאל לערנען אינגעלייט ווי אזוי זיך צו פירן; מענטשן ווייסן נישט וואס איז ריכטיג און וואס נישט, מען טוט וואס מען זעט ביי חברים, מען מיינט אז וואס דער חבר טוט - איז אויסגעהאלטן. אינגעלייט שטעלן ארויס פריוואטע בילדער פון זיך און די ווייב, מען מיינט אז מיט דעם וועט מען אים מקנא זיין, מען וועט אים ארויפקוקן.


שיק נישט קיינעם דיינע בילדער און דו קוק נישט יענעמס בילדער; יעדע מאל מען היט זיך די אויגן שפארט מען זיך נאך א ברי אין גיהנום. רבי נתן האט געזאגט: "א קוק ווינציגער - א ברי ווינציגער", דורך דעם וואס מען היט זיך די אויגן שפארט מען זיך איין שווערע ביטערע עונשים אויף יענע וועלט.


נעם נישט דיינע חברים פאר דיין מורה דרך; יעדע זאך וואס דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאלסטו פרעגן ערליכע אידן. אז דו גייסט בויען א אידישע שטוב זאלסטו אכטונג געבן וואס פאר א הכשרים דו נעמסט אריין אין שטוב; קויף נאר עסן און טרינקען וואס פארמאגן ערליכע הכשרים. וואס מען זעט ביי חברים מיינט נאך נישט אז מען מעג דאס עסן, מען ווערט נישט מער פרייליך אז מען עסט וואס מען וויל און וואס מען זעט; היינט קען מען האבן כמעט אלע עסן מיט גוטע ערליכע הכשרים.


אזוי אויך זאלסטו נישט ארייננעמען אין שטוב קיין מאגאזינען, צייטונגען און ליין מאטריאל. אפילו עס איז געדרוקט מיט אידישע אותיות מיינט נאך נישט אז די שרייבערס זענען ערליכע אידן; עס ליגט באהאלטן סם צווישן די ווערטער וואס דאס גייט אריין אינעם מענטש ביז מען ווערט אוועק געשלעפט פונעם אייבערשטן.


אז דו וועסט פרעגן יעדע זאך אן ערליכער איד וועסטו מצליח זיין צו בויען א שיינע שטוב מיט ערליכע דורות.

#2 - איז דא נאך סגולות א חתן צו ווערן?
בחור, שידוכים, סגולות, יבנאל, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון אכצן יאר, איך האב געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער די סגולה פון מוהרא"ש צו זאגן פערציג מאל גאנץ מסכת תענית פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, עס איז מיר אבער זייער שווער דאס צו טון אן אויסלאזן איין טאג, איך וויל אבער זייער שטארק א חתן ווערן, איז דא עפעס אנדערע סגולות צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביז'ן סוף, (די קריאה פון חנוכה). נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט, איך האב געזאגט די קרבנות הנשיאים; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


אז דו קענסט זיך אריבער כאפן קיין יבניאל אויסזאגן תהלים ביים ציון פון  מוהרא"ש ציון וועסטו זוכה זיין צו די הבטחה וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - ווי אזוי קריכט מען ארויס פון הארבע עבירות?
אומאן, בחור, תשובה, תיקון הכללי, חתן, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אויס אייערע שיעורים און איך האב זייער הנאה. די שיעורים האבן מיר אסאך מחזק געווען, איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן, צו לערנען משניות, און אזוי ווייטער די אנדערע עצות. איך בין אייך זייער מחשיב, און דעריבער שפיר איך אז איר זענט דער פאסיגער מענטש מיט וועמען אויסצושמועסן אזא וויכטיגע נושא.


איך בין געגאנגען קיין ארץ ישראל לערנען אין א ישיבה, און איך האב אנגעהויבן פאלן זייער שטארק. איך האב זיך געשאפט א קליינע סמארטפאון, פארשטייט זיך נישט אויף צו קוקן אייערע שיעורים, נאר צו זען שמוץ און נאך שמוץ, שעות אויף שעות.


פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א געהעריגער בחור מיט א גארטל, קיינער חלומ'ט נישט וואס איך האב אלץ אפגעטון, אבער ליידער בין איך מיאוס דורכגעפאלן פיל מאל. ס'איז נישט געבליבן ביים קוקן, איך האב געזוכט און געזוכט וואו איך קען למעשה טון עבירות, און אז מ'זוכט טרעפט מען, און זייט דעמאלט בין איך שוין געווען מיט איבער צען עבירות רחמנא ליצלן, און איך שפיר אז איך האלט עס מער נישט אויס.


יעדעס מאל מאך איך אפ אז דאס איז, פון יעצט וועל איך שוין זיין וואויל און ערליך, איך ווארף אוועק דעם סמארטפאון און איך וויל אנהויבן נאכאמאל, אבער עס נעמט נישט לאנג ביז איך שאף זיך א פרישער סמארטפאון, און איך פאל ווייטער. איך האב שוין זיכער אוועקגעווארפן צוואנציג סמארטפאונס.


לעצטנס בין א חתן געווארן, פארשטייט זיך מיט א וואוילע מיידל, קיינער ווייסט דאך נישט וואס איך בין באמת, און היינט בין איך שוין ווייטער געגאנגען מיט אן עבירה. איך ווייס באמת נישט וואס צו טון, איך טראכט ערנסט פון אפלאזן דעם שידוך, פארוואס זאל איך חרוב מאכן דאס לעבן פון א וואויל מיידל? ווער ווייסט וויפיל מאל איך וועל דורכפאלן נאך די חתונה מיט אנדערע רחמנא ליצלן?


איך טראכט אפשר אהיימצופארן פון ארץ ישראל ביז צו די חתונה, אפשר איז דאס א גוטע עצה, אבער וואס וועל איך זאגן פאר מיין טאטע און מיין מחותן? און וואס זאל איך טון דארט א גאנצן טאג?


איך בעט אייך, העלפט מיר ארויס, און געבט מיר אן עצה וואס צו טון, ווייל איך האלט עס ממש נישט אויס. איך ווייס איר זענט א קלוגער מענטש, און איך וועל פאלגן וואס איר וועט מיר זאגן, אבער איך מוז שוין האבן אן עצה וואס צו טון, איך מער נישט אנגיין אזוי ווייטער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך בין זייער דערציטערט געווארן ווען איך האב געליינט דיין בריוו.


דו האסט איין ברירה וואס דו קענסט טון אויב דו ווילסט בלייבן לעבן, דו זאלסט שוין תשובה טון; אז נישט וועסטו האבן א ביטערן סוף.


תשובה טון מיינט אז דו זאלסט זאפארט אפלאזן אלע עבירות און אפהאקן די קשר מיט זיי, אז נישט וועט דיר זיין זייער ביטער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט ווארט דער אייבערשטער אז מען זאל תשובה טון, "חוּץ מִן הַזְּנוּת", אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, דער אייבערשטער באשטראפט דעם מענטש מיט א ביטערן עונש.


זאלסט נישט מיינען אז מען קען זיך באהאלטן מיט עבירות וכו'; מען קען גיין מיט פרעמדע פרויען וכו' רחמנא לצלן - און דאס וועט בלייבן א סוד, ווייל דער פסוק זאגט (איוב כד, טו): "וְעֵין נֹאֵף שָׁמְרָה נֶשֶׁף לֵאמֹר לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", די בעלי עבירות טראכטן ביי זיך: 'מיר וועלן ווארטן עס זאל ווערן נאכט דעמאלט וועלן מיר טון עבירות; מיר וועלן גיין אין באהאלטענע פלעצער אז קיינער זאל אונז נישט זען', אזוי מיינט מען, זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט טאקע אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים פאר די גאנצע וועלט.


מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'" (ירמיהו כג, כד), דער אייבערשטער זאגט: ווי קען זיך א מענטש באהאלטן פון מיר? "הֲלוֹא אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא נְאֻם ה'", דער אייבערשטער איז דאך איבעראל!


דערפאר, הדבר הראשון זאלסטו אפהאקן אלע דיינע קשרים וואס דו האסט מיט עבירות; אפילו זיי שרייבן דיר און רופן דיר אן זאלסטו זיי נישט ענטפערן. טויש דיין נומער און פארמאך אלע דיינע סאושעל מידיע אקאונטס.


צווייטנס - זאלסטו זען צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון נאך פאר דיין חתונה. דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דארט דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות - האט דער רבי געזאגט - "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; דערפאר אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען, זאלסטו דיר אריבערכאפן קיין אומאן וואו דו זאלסט זאגן דעם תיקון הכללי ביים רבינ'ס ציון און דו זאלסט זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן - אים דערציילן אלעס וואס דו האסט געטון, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס.


דריטנס - אז דו ווילסט באמת ארויס גיין פון דיינע שלעכטע מעשים זאלסטו דיר מאכן א קביעות צו לערנען משניות. יעדן טאג זאלסטו זאגן פרקים משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו זאגן פרקים משניות יעדן טאג, דאס וועט דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אז דו וועסט פאלגן אלעס וואס שטייט דא וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין דיינע עבירות און דו וועסט אויפשטעלן א ערליכע שטוב, א בית נאמן בישראל.