שאלה אין קורצן ענין
#13 - איך זיץ אין א ישיבה אין ארץ ישראל, און איך גיי אויס פאר ליידיג גיין, וואס טו איך?
לימוד התורה, בחור, ישיבה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע דרשות, חיזוק, און ניגונים, וואס זענען מיר זייער מחיה.


איך בין א בחור פון אמעריקע וואס לערנט, דאס מיינט איך זיץ, אין ארץ ישראל. און איך ווער ממש משוגע פאר ליידיג גיין. אין די ישיבה ווי איך בין דא איז נישט דא קיין שום השגחה און קיין שום מסגרת, און וואס ס'פאסירט איז אז אפילו א גוטער טאג ווען איך בין מצליח צו לערנען אביסל, בלייבט מיר אבער איבער רוב טאג וואס גייט אוועק מיט נארישקייטן, און איך ווער משוגע דערפון.


איך קום פון א באלעבאטישער שטוב, מ'שרייט אויף מיר אז איך בין נאריש אז איך פאר נישט ארום איבעראל צו האקן א לעבן, וואס זאל איך אבער טון אז עס אינטערעסירט מיר נישט די אלע זאכן.


איך וואלט געהאט חשק צו גיין ארבעטן אין א נארמאלע דזשאב, און לערנען צופרי און ביינאכט. איך שפיר אז דעמאלט וואלט איך געהעריג אויסגענוצט דעם טאג און מצליח געווען אין לעבן. למעשה אבער איז דאס נישט מעגליך ווייל די סיסטעם איז נישט אויסגעשעלט אזוי, און ס'קומט אויס אז איך מוז בלייבן זיצן אין ישיבה און משוגע ווערן מיט'ן ליידיגן טאג.


מיין ווייטאג איז באמת זייער גרויס, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא קיין ערגערע זאך ווי גיין ליידיג, אלע עבירות קומען פון גיין ליידיג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה", גיין ליידיג ברענגט צו די ערגסטע עבירות, "וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", און אויך ברענגט עס צו דיפרעסיע; נישט יעדער איינער איז געמאכט צו לערנען א גאנצן טאג, ווען א בחור אדער אינגערמאן גייט ליידיג דארף ער לערנען זיינע שיעורים צופרי און ביינאכט און גיין ארבעטן דורכן טאג אנצופילן זיינע טעג.


געלויבט דעם אייבערשטער אז איך האב די זכיה צו לערנען מיט תלמידים די הייליגע תורה; די גאנצע וועג ווי אזוי מיר פירן די ישיבה האט מוהרא"ש זכרונו לברכה אוועק געשטעלט. איינע פון די זאכן וואס מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט ביי אונז אין ישיבה, אז אויב א בחור גייט ליידיג זאל ער ענדערש גיין ארבעטן (פארשטייט זיך אין א ערליכע ארבעט); ער זאל קומען אינדערפרי אדער נאכמיטאג צו א שיעור, די איבעריגע שעות זאל ער זיין באשעפטיגט, ווייל פון גיין ליידיג קומט נישט ארויס קיין גוטס.


דעריבער אז דו שרייבסט מיר אז דו זיצט ליידיג און דו ווערסט משוגע פון ליידיג גיין - זאלסטו שוין אהיים קומען, ווייל אז דו וועסט דארט בלייבן וועסטו אריין פאלן אין א טיפע דיפרעסיע וואס מען קען זיך מוטשען און זיך אפליידן פון דעם א גאנץ לעבן; ענדערש זאלסטו בלייבן אין שטוב העלפן דיין מאמע, אדער גיין העלפן דיין טאטע ביי זיין ארבעט ווי צו פארלירן דיין לעבן.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָותוֹ מְרֻבָּה וכו', וּמְדַבֵּר דִּבְרֵי טִנוּף תָּמִיד", ווער עס גייט ליידיג, ער טוט נישט גארנישט, זענען זיינע תאוות זייער גרויס וכו' און ער רעדט שטענדיג שמוציג; דאס זעט מען ליידער ביי בחורים און אינגעלייט וואס האלטן נישט ביים לערנען און גייען ליידיג, זיי וואלטן גערן געגאנגען ארבעטן, נאר זיי האבן מורא וואס וועלן מענטשן זאגן וכו', ממילא זיצן זיי אין כולל און טוען גארנישט.


ווען עלטערן וואלטן געוואוסט וואס עס גייט אריבער אויף בחורים ווען מען שיקט זיי בכלל אין א דארמיטארי ה' ירחם, ובפרט וואס גייט אריבער אויף בחורים וואס מען שיקט זיי לערנען אין ארץ ישראל, און וואס זיי טון וכו', וואלט יעדע טאטע און מאמע געהאלטן די קינד אין שטוב! דער טאטע וואלט אים מיט גענומען מיט זיך ביי די ארבעט און די מאמע וואלט מיט אים געקאכט און געבאקן וכו' און נישט געשיקט דעם בחור אין א דארמיטארי, און כל שכן וקל וחומר נישט קיין ארץ ישראל.


עלטערן ווייסן נישט וואס זיי ווייסן נישט, זיי האבן נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אפ מיט בחורים וואס פארן כלומר'יש לערנען קיין ארץ ישראל. אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט, מען זינגט דעם ניגון וואס אלע עלטערן זינגען: "מיין בחור טוט זיכער נישט די אלע זאכן וואס בחורים טוען".


פאלג מיר, מאך שוין א טיקעט און קום אהיים. האב נישט מורא פון קיינעם, קיינער וועט דיר גארנישט טון; ווען דיינע עלטערן וועלן זען דיין שטארקייט אז דו מיינסט עס זייער ערנסט, וועלן זיי דאנקען דעם אייבערשטן אז זיי האבן א קינד וואס וויל זיין ערליך, זיי וועלן דיר מחזק זיין און העלפן אנפולן די צייט.


א שאד אז מען וויל זיך נישט איינבייגן דעם קאפ פארן רבי'ן; ווען אלע וואלטן ווען געלערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן וואלט נישט געווען קיין איין עם הארץ ביי כלל ישראל, יעדער וואלט געלערנט, קיינער וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם פון צו סאך צייט, יעדע מינוט וואלט מען אויסגענוצט פאר נאך א פרק משניות. פרוביר דאס אויס; נעם א משניות און הייב אן זאגן א פרק נאך א פרק, א מסכתא נאך א מסכתא, דו וועסט שפירן עפעס וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געשפירט; מען הייבט אן שפירן א טעם אין לעבן, עס הייבט אן ציען דעם מענטש צו נאך און נאך תורה. משניות האט אין זיך א כח אז עס דרייט איבער דעם מענטש מקצה אל הקצה.


אפילו אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו ווייטער לערנען אן פארשטיין; זאג די הייליגע ווערטער פון די תורה, דאס וועט דיר אויסרייניגן פון אלע דיינע שלעכטס. טראכט נישט אז דער סדר דרך הלימוד איז נישט פאר דיר, עס איז נאר פאר שוואכע וכו'; פאלג דעם רבי'ן, נעם היינט א משניות און הייב אן מסכת ברכות, גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אויפן קול אפילו דו פארשטייסט ניטאמאל די פשוט'ע טייטש. אזוי זאלסטו טון ביז דו וועסט ענדיגן א מסכתא, נאכדעם גיי צו די קומענדיגע מסכתא ביז דו וועסט ענדיגן א סדר, ווען דו ענדיגסט א סדר זאלסטו ווייטער זאגן פרקים משניות ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה, נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאך אמאל משניות וכו' וכו', אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן.


אזוי זאלסטו אויך טון מיט גמרא; הייב אן ש"ס. נעם א מסכת ברכות און הייב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא, היינט זענען דא גמרות מנוקד, אז אפילו איינער וואס קען נישט קיין עברי קען אויך זוכה זיין צו לערנען די הייליגע גמרא; זאג א דף נאך א דף ביז דו וועסט ענדיגן די גאנצע מסכתא, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין כסדרן ביז דו וועסט ענדיגן גאנץ ש"ס.


ווייז די בריוו פאר דיינע עלטערן.

#12 - איך בין נישט קיין 'שוואכער', פארוואס זאל איך 'זאגן' תורה?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף אייער תשובה אויף דעם וואס איך האב אנגעפרעגט אז איך האב נישט קיין געדולד צו לערנען, ס'ציעט מיר מער צו ליינען ביכער און צייטונגען. איך מיין אז איר האט מיר אבער נישט גוט פארשטאנען.


איך בין נישט א שוואכער אינגערמאן וואס ווייסט נישט ווי אזוי מ'לערנט א בלאט גמרא, איך האב געלערנט זיבן יאר אין כולל, און איך האב אפילו מסיים געווען ש"ס, און איך האב פארשטאנען וואס איך לערן. היינט לערן איך אויך גמרא רש"י תוספות, מיין פראבלעם איז נאר אז איך פארליר שנעל די חשק צו די גמרא, און נאכ'ן לערנען אביסל ציעט מיר ענדערש צו גיין ליינען נארישקייטן.


איך שפיר אז דער סדר דרך הלימוד פון זאגן תורה איז נישט פאר מיין דרגא, דאס איז געמאכט פאר שוואכערע בחורים און אינגעלייט. איך בין נישט מזלזל אין דעם חלילה, אבער איך פיל אז אויב וועל איך לערנען אויף דעם אופן, וועט דאס מיר אינגאנצן אראפקלאפן.


איך וועל ענדיגן מיט וואס די גמרא זאגט (שבת ל"א.) 'שאלות הרבה יש לי לשאול ומתיירא אני שמא תכעוס'...


יישר כח.


מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו שרייבסט אז דער "סדר דרך הלימוד" איז נאר פאר שוואכערע וכו', דאס איז א טעות פון דיין זייט.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין שיחות הר"ן סימן ע"ו, דארט וועסטו זען וואס דער רבי שרייבט בפירוש: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל די מעלה פון לערנען אסאך שטייגט אלעס איבער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, ווייל אזוי איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער הייליגער ר' נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדעס ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ ּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך און ער וועט אנקומען צו לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שיחות הר"ן (סימן כח) עיי"ש.


וויסן זאלסטו אז די אלע וואס האבן אנגענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות און האבן אנגעפאנגען צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, האבן זייער שיין מצליח געווען.


איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט אז דו האסט א גוטע קאפ און דער 'דרך הלימוד' איז נאר פאר שוואכע קעפ; דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט זייער א גוטע קאפ, ער האט געקענט אויסענווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות, דאך האט אים דער רבי געהייסן "זאגן" יעדן טאג ח"י פרקים משניות (עיין שיחות הר"ן, סימן קפה). ווען ר' נתן איז אהיים געקומען און זיין טאטע רבי נפתלי הירץ זכרונו לברכה האט אים געזען "זאגן" משניות האט ער זיך זייער אויפגערעגט אויף אים, ער האט געשריגן: "מיין נתנ'לע הייסט ער "זאגן" ח"י פרקים משניות?!" און ער האט אנגעהויבן א מחלוקת.


למעשה זעט מען אז דער רבי האט נישט געמאכט קיין חילוק צווישן א גוטע קאפ און א שוואכע קאפ – אזוי ווי דו ווילסט מחלק זיין; דער רבי האט געוואלט אז מיר אלע זאלן לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד".


אמאל איז געווען א תירוץ נישט צו לערנען ווייל מען פארשטייט נישט קיין לערנען, אמאל האט מען געקענט הערן אינגעלייט קרעכצן אז זיי קענען נישט לערנען ווייל מען האט זיי נישט אנגעקוקט אין חדר און אין ישיבה, אבער היינט ווען מיר האבן דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן איז שוין נישט דא דער תירוץ, נאר יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען.


וואס טוט דער יצר הרע? ער איז דא מיט א נייע מניעה צו לערנען; ער האט א נייע תירוץ פאר די פוילע מענטשן וואס זוכן תירוצים, ער מאכט דעם מענטש טראכטן: 'איך פארשטיי לערנען'; 'איך האב א גוטע קאפ'; 'איך בין א געזונטער למדן'; אמאל האט מען געזאגט: "איך קען נישט לערנען ווייל איך פארשטיי נישט קיין לערנען", אבער היינט שרייבסטו מיר: "איך לערן נישט, איך ליין צייטונגען, איך גיי ליידיג ווייל 'איך "קען" לערנען'".


פארוואס טראכסטו אז דער "סדר דרך הלימוד" וועט דיר אראפ קלאפן וכו'? פרוביר דאס אויס, וועסטו זען אז דאס וועט דיר נאר אויפהייבן.


ווען ר' נתן איז צוריק געקומען פון לעמבערג האט ער געזאגט: "זיי זענען למדנים אבער מיר לערנען"... ער האט דארט געזען גרויסע לומדים, אבער אז מען לערנט נישט אויפן "סדר דרך הלימוד" לערנט מען נישט, יעדן טאג האט מען אן אנדערע תירוץ וכו', האט ער געזאגט: "זיי זענען טאקע לומדים, אבער מיר לערנען די הייליגע תורה".


דו שרייבסט (שבת לא.): "שְׁאֵלוֹת הַרְבֵּה יֶשׁ לִי לִשְׁאוֹל, וּמִתְיָרֵא אֲנִי שֶׁמָּא תִּכְעוֹס"; אדרבה, איך בין גרייט צו הערן דיינע שאלות, און געדענק וואס הלל הזקן האט אים געענטפערט: "הֱוֵי זָהִיר בְּרוּחֲךָ"...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - קענט איר מיר געבן חיזוק אויף לימוד התורה, און איך וויל וויסן וועגן תכלת
חסידות ברסלב, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די פילע התחזקות וואס איר געבט פאר מיר און פאר גאנץ כלל ישראל. ב"ה איך גיי אין די וועגן פונעם הייליגן רבי'ן שוין א יאר און א האלב, איך לעב מיט די עצות און איך האב שוין זוכה געווען מחזק צו זיין נאך אידן מיט די עצות.


איך בין א בחור פון 15 יאר וואס פון ווען איך האב אנגעהויבן לערנען גמרא אין חדר האב איך שוין זייער ווייניג געלערנט, און ב"ה דעם פארגאנגענעם זומער האב איך אנגעהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, און היינט בין איך ב"ה מעביר סדרה יעדן טאג, אויך לערן איך א פרק משניות און א דף גמרא, ווי אויך על פי רוב 2 פרקים נ"ך, און אביסל ספר המידות, און פארשטייט זיך אסאך התבודדות. איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה אויב איר קענט מיר שיקן א בריוו פון הדרכה והתחזקות און א סדר היום.


דרך אגב האב איך געוואלט וויסן וועגן תכלת אויף ציצית, מיט צוויי וואכן צוריק בין איך געווען ביים ראש ישיבה אין ישיבה מיט מיין טאטע און איך האב באמערקט אז דער ראש ישיבה און טייל פון די בחורים האבן געטראגן תכלת, וויל איך וויסן צי דאס האט מוהרא"ש געטון און צי ער האט געוואלט זיינע תלמידים זאלן דאס טון, און אויך וואס איז די סיבה פון דעם.


 יישר כוח אויף אלעס און א גוטע וואך.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור שמעון נרו יאיר


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו נעמסט התחזקות פון הייליגן רבי'ן אויף לעובדא ולמעשה; דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה.


שטארק דיך בלימוד משניות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת"; קען מען זאגן אז יעדער איינער קען זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע גלות בזכות וואס ער לערנט משניות. מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש, מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", דאס איז ראשי תיבות 'משנ"ה'; אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.


בפרט א בחור וואס דער יצר הרע האלט אים אין איין מכשיל זיין אין פגם הברית; וויפיל ער וויל זיין גוט און ער מאכט פעסט אפ ביי זיך אז ער גייט שוין מער נישט טון קיין נארישקייטן, מיט דעם אלעם האלט זיך דער יצר הרע אין איין מתגבר זיין אויף אים, ער ווארפט אים אראפ אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאות זרע לבטלה, דארף ער לערנען אסאך משניות.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות. אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


זיי נישט קיין בטלן און נוץ אויס דיינע יונגע יארן; וואס מען לערנט אין די יונגע יארן דאס בלייבט אויף א גאנץ לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כ): "הַלּוֹמֵד יֶלֶד לְמַה הוּא דוֹמֶה, לִדְיוֹ כְתוּבָה עַל נְיָר חָדָשׁ". קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.


בענין וואס דו פרעגסט וועגן תכלת; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט צו גיין מיט תכלת ווייל ר' אברהם ב"ר נחמן זכרונו לברכה איז געגאנגען מיט תכלת. ער האט געהאט א קבלה פון זיין טאטע ר' נחמן טולטשינער - א תלמיד פון ר' נתן, וואס האט געהערט פון ר' נתן אז ווען דער רבי האט געזאגט: "פון מיר ביז משיח וועט נישט זיין קיין נייעס", האט דער רבי געגעבן א קרעכץ און זיך אנגערופן: "אה תרחם, אה תרחם"; דעמאלט האט מען נישט פארשטאנען וואס דער רבי מיינט מיט דעם "אה תרחם", אבער שפעטער ווען דער גרויסער צדיק דער ראדזינער רבי זכותו יגן עלינו האט אנפלעקט די תכלת אין יאר תרח"ם האט זיך ר' אברהם ב"ר נחמן ז"ל געטראפן מיט אים און דערביי אנגענומען די ענין פון גיין מיט תכלת. פארשטייענדיג אז דאס האט דער רבי געמיינט מיט דעם "אה תרחם", און אלע וואס זענען געגאנגען מיט ר' אברהם ז"ל האבן אנגעהויבן גיין מיט תכלת.


א ברסלב'ער חסיד איז איינער וואס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און ער פאלגט וואס דער רבי זאגט. ער מאכט זיך שיעורים בכל התורה כולה, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג און א גאנצן טאג איז ער פרייליך.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן בזה העולם, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן, מען קען זיין אין ברסלב און מען קען גיין מיט תכלת אבער מען לערנט נישט קיין חומש רש"י יעדן טאג, מען עפענט נישט קיין משניות, קיין גמרא וכו' וכו'. געדענק וואס דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם: "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - זאל איך לערנען אין כולל, אדער סתם אין שול?
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 17 יאר, איך האב געהאט שוועריקייטן צו טרעפן א ישיבה, און דעריבער בין איך נישט יעצט אין א מסגרת פון א ישיבה. איך האב זיך געטראפן א שול נעבן מיין הויז, וואו איך זיץ דארט און איך לערן אויף סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ח"י פרקים משניות, גמרא, חומש רש"י, און אזוי ווייטער.


מיינע עלטערן זענען אבער נישט צופרידן דערפון, זיי זאגן אז אויב איך לערן סיי ווי פלייסיג, זאל איך זיך שוין אריינזעצן אין א כולל וואו ס'לערנען אסאך אינגעלייט און בחורים, זיי זאגן אז דאס וועט מיר העלפן סיי פאר שמירת הזמנים, און אויך פאר שידוכים.


מיר איז אבער גרינגער צו זיצן אין א האלב ליידיגע שול, איך האב נישט קיין פרעשור פון קיינעם, און ווען איך לערן איז עס מער אמת'דיג און נישט ווייל יענער קוקט.


וואס וואלט געווען די ריכטיגע שריט פאר מיר צו טון?


יישר כח פאר אייער טייערע צייט.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר נישט ענטפערן אויף דיין שאלה ווען איך קען דיר נישט; איך ווייס נישט צי דו לערנסט פלייסיג און צי דו בטל'סט נישט דיין צייט.


קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עדיות ה, ז): ווען עקביא בן מהללאל האט געהאלטן פארן נפטר ווערן, האט זיין זון געבעטן פון אים: "אַבָּא, פְּקּוֹד עָלַי לְחֲבֵרֶיךָ", זאג פאר דיינע חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין. האט אים עקביא בן מהללאל געענטפערט: "אֵינִי מַפְקִיד", איך זאג זיי גארנישט וועגן דיר; האט ער געפרעגט: "שֶׁמָּא עַוְלָה מָצָאתָ בִּי"? טאטע, ביסט ברוגז אויף מיר? דו האסט געטראפן אין מיר א זאך וואס איך טו נישט גוט, אז דו ווילסט נישט בעטן די חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין? האט אים עקיבא בן מהללאל געענטפערט: "ניין, איך בין נישט ברוגז אויף דיר, נאר: 'מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ', דיינע גוטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מקרב זיין, און דיינע שלעכטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מרחק זיין".


דאס זעלבע זאג איך דיר: "מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ", אז דיין טאטע וועט זען ווי דו לערנסט דו בטל'סט נישט קיין צייט און דו פירסט זיך מיט יראת שמים, וועט אים נישט אנגיין אז דו זיצסט פאר דיר און דו לערנסט; ער וועט נאר ווערן יונגער מיט אפאר יאר און עס וועט אים געבן געזונט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים - רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער מאכן געזונט די עלטערן; אבער אז דו וועסט אויפשטיין שפעט און נישט דאווענען מיט מנין, דו וועסט זיך דרייען אין שטוב - יעדן טאג מיט אן אנדערער תירוץ, איז טאקע בעסער דו זאלסט זיך זוכן א כולל, א מסגרת וואו צו זיצן און לערנען.

#9 - זאל איך רעדן מיט מיינע עלטערן, ווען דאס מאכט מיר גרויס צער?
שלום בית, כיבוד אב ואם, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ממש נישט די ווערטער אייך צו דאנקען אויף אלעס וואס איך האב באקומען פון אייך, די פילע עצות און חיזוק וואס איך האב באקומען פון אייערע שיעורים און ניגונים. דאס האט ממש געטוישט אונזער לעבן צום גוטן, מיין מאן האט אנגעהויבן לערנען און ער האט שוין געמאכט א סיום משניות, און אויף יעדע פראבלעם האבן מיר גלייך די עצה צו בעטן און רעדן צום אייבערשטן.


איך האב א שאלה אין כיבוד אב ואם, מיינע עלטערן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שלום בית, און איך האב זייער אסאך געליטן פון דעם אלע יארן, איך האב געלעבט מיט שרעקליכע יסורי הנפש. דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב ב"ה חתונה געהאט, און געגאנגען וואוינען אויף אן אנדער פלאץ, און צוביסלעך ארויסגעקראכן פון די פראבלעמען.


מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן צו פארבעסערן די שלום בית ביי מיינע עלטערן, אבער יעצט איז זיי אונטערגעקומען א פרישע צרה אז מיין טאטע האט באקומען א קרענק, און ער פייניגט זייער אויס מיין מאמע אז זי איז שולדיג אין אלע זיינע צרות.


מיין הארץ גייט אויס פאר ביידע פון זיי, איך שפיר זייער שטארק זייער צער און ווייטאג, דאס טרעט מיר ממש צו צום געזונט און איך שפיר ווי דער מצב ברענגט מיר צוריק צו מיין מרה שחורה פון די יונגע יארן, און איך קען נישט אזוי ווייטער אנגיין אין לעבן.


מיין שאלה איז וואס איך דארף צו טון, זאל איך רעדן ווייניגער צו זיי? ווייל איך שפיר אז ווען איך רעד צו זיי מאכט עס מיר געפערליך בעצבות?


א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די צייט מיר צו ענטפערן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט חתונה געהאט און זעט ווייטער צו לעבן א לעבן פון גן עדן.


איר שרייבט אז אייער מאן האט געמאכט א סיום אויף משניות; דארפט איר זען צו מאכן פאר אים א שיינער סיום.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויעט אויף איר הויז; א קלוגע פרוי, ווען זי זעט איר מאן לערנען, מאכט זי א גאנצע טראסק דערפון, זי מאכט א שיינע סיום וכו', וואס דאס מאכט אז דער מאן זאל ווייטער לערנען. דעריבער איז זייער חשוב אז יעדעס מאל ווען אייער מאן נרו יאיר פארציילט אייך וועגן א מסכת וואס ער האט מסיים געווען, זאלט איר מאכן א שיינע סעודה.


בנוגע אייערע עלטערן; איר זאלט רופן אייערע עלטערן און זיי פארציילן שיינע זאכן. ווען עלטערן זעהן נחת ביי זייערע קינדער און אייניקלעך דאס מאכט זיי לעבן און דאס געבט זיי כח ווייטער אנצוגיין. און פארקערט אויך, ווען עלטערן זעהן ווי די קינדער פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, טוט דאס פארקערצערן זייער לעבן ה' ירחם. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים, רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", ווען עלטערן זעהן ווי קינדער פירן זיך ווי עס דארף צו זיין, דאס היילט זיי אויס.


דערפאר זאל איר ווייטער רעדן מיט אייערע עלטערן. עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה פון כיבוד אב ואם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: "די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; איר זאלט זיי ווייטער רופן וכו' און אז זיי גיסן זיך אויס זייער הארץ פאר אייך, זיי דערציילן זייערע צרות - זאלט איר בעטן א תפילה פאר זיי. אבער אויב דאס שטערט אייער לעבן, איר שפירט ווי דאס שלעפט אייך צוריק צו אייערע יסורים פון אלץ קינד, זאלט איר זיך ארויסדרייען וכו', ווייל איר קענט נישט מאכן אז אייער לעבן זאל זיך אפשטעלן. מען דארף וויסן ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן.


ר' נתן זכרונו לברכה האט געבעטן זיין ווייב און טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, זאלסטו אריין שיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; דאס זעלבע זאלט איר אויך טון. ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט, מאך ליכטיג פאר אלע אידן און העלף ארויס אלע וואס מוטשען זיך מיט שוועריקייטן. העלף ארויס מיין טאטע ער זאל זיין געזונט און שטארק. און העלף ארויס מיין מאמע זי זאל האבן אביסל מנוחה אין איר לעבן".


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס געשעהט ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן; דער אייבערשטער אליינס קומט און הערט אויס ווי דער מענטש רעדט צו אים. אלע מלאכים פרעגן: "וואו איז דער אייבערשטער? וואס טוט דער אייבערשטער?" ענטפערט מען זיי אז דער אייבערשטער איז יעצט עוסק מיט א איד וואס וויינט צו אים און טענה'ט זיך מיט אים. פרעגן אלע: "פארוואס זאל דער אייבערשטער אליינס עוסק זיין מיט זיי? מיר וועלן אויסהערן די טענות און עוסק זיין מיט זיי?" זאגט דער אייבערשטער: "ניין - אֲנִי וְהוּא בִּלחִדוֹי - איך וויל זיך אליינס אפגעבן מיט אים (זוהר פרשת בלק, קצה.)".


אין די זעלבע צייט דארפט איר אויך דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אייך, אז איר האט אזוי גוט חתונה געהאט, אז אייער מאן לערנט די הייליגע תורה און אז איר ווייסט פון הייליגן רבי'ן.


זייט פרייליך און מיט שמחה וועט איר אלעס אויס'פועל'ן.

#8 - איך האלט שוין נישט אויס די יסורים, ווער קען מיר העלפן?
רפואה, לימוד התורה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס זאל איך שרייבן? איך שפיר אז איך האלט שוין מער נישט אויס די שרעקליכע יסורים. איך פיל ממש ווי איך שטארב צוביסלעך ח"ו, מיין גאנצע קערפער איז איינגעהילט אין שטארקע יסורים.


איך בין איינער אליין, קיינער קען מיר נישט פארשטיין. איך בין שוין ארומגעלאפן צו אזויפיל דאקטורים, און יעדער זאגט עפעס אנדערש, אזוי אז איך בין שוין אינגאנצן צעמישט. איך רעד צום אייבערשטן, איך הער נישט אויף זיך בעטן ביי אים אז איך דארף שוין א רפואה שלימה.


איך וויל שוין זיין צוריק אין ישיבה געזונטערהייט, איך וויל דער ראש ישיבה זאל מתפלל זיין פאר מיר!


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א רפואה שלימה בקרוב, דו זאלסט האבן אפגעקומען אלעס וואס דו דארפסט אפקומען מיט די צער און ווייטאג וואס דו גייסט אריבער.


איין זאך בעט איך דיר מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר: "האב נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן", ווייל אלעס וואס קומט אויפן מענטש איז פון הימל.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות ה:): רב הונא האט געהאט א גרויסער שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאגנען באזוכן און אים מחזק זיין. זיי האבן געזאגט פאר רב הונא: "לְעַיֵּן מַר בְּמִילֵיהּ", ער זאל תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן. האט רב הונא געפרעגט די חכמים: " מִי חַשִׁידְּנָא בְּעֵינֵייכוּ", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים געענטפערט: "וּמִי חָשִׁיד קוּדְשָׁא בְּרִיך הוּא דְעָבִיד דִּינָא בְּלֹא דִינָא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט?


זעט מען אז מען טאר נישט האבן קשיות אויפן אייבערשטן און פרעגן: "פארוואס?" "פארוואס דארף איך אזוי ליידן?" א גוי פרעגט: "פארוואס?" אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "לָמָּה יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", א גוי זאגט "לָמָּה", אבער א איד זאגט: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט האט א חשבון".


ווען א מענטש האט א צרה דארף ער זיך מאכן א חשבון הנפש פארוואס דער אייבערשטער טוט דאס מיט אים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפז): אויפן פסוק (תהלים סב, יג): "וּלְךָ ה' חָסֶד כִּי אַתָּה תְשַׁלֵּם לְאִישׁ כְּמַעֲשֵׂהוּ", זאגט דער רבי: "הַיְינוּ שֶׁהוּא חֶסֶד גָדוֹל מֵאֵת הַשֵׁם יִתְבָּרַך שֶׁהוּא מְשַׁלֵּם לְאָדָם מִדָּה כְּנֶגֶד מִדָּה", עס איז זייער א גרויסער חסד אז דער אייבערשטער באצאלט פארן מענטש א שטראף מדה כנגד מדה, ווייל ווען דער מענטש באקומט ווען אן עונש סתם אזוי וואלט ער נישט געוואוסט אויף וואס ער דארף תשובה טון, אבער ווען דער עונש איז מיט א פונקטליכקייט, געוואנדן אויף וואס מען דארף תשובה טון, ווייסט דער מענטש אויף וואס ער דארף תשובה טון.


דער רבי זאגט ווייטער אז דאס איז נאר אין ארץ ישראל; 'ארץ ישראל' דאס גייט ארויף אויף אמונה. ווען א מענטש האט אמונה, ער גלייבט און ער ווייסט אז אלעס וואס קומט אויפן מענטש איז מיט א חשבון, און ער הייבט זיך אן מתבונן זיין וואס ער האט געטון אין לעבן, 'אפשר האב איך איינעם וויי געטון', ער זוכט אויף זיינע מעשים, ער טראכט דורך זיינע יארן, 'אפשר האב איך איינעם געטשעפעט וכו'' און ער בעט יענעם ער זאל אים מוחל זיין, אזוי קריכט ער ארויס סיי פון די שלעכטס וואס ער האט געטון און סיי פון די עונש.


דאס וואס דו גייסט אריבער צער אז דו ווייסט נישט צו וועם צו גיין, יעדער דאקטער זאגט עפעס אנדערש און דו גייסט שוין אזוי ארום מיט יסורים עטליכע יאר; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג): "ווען א מענטש וויל גיין צום דאקטער זיך היילן וכו', זאל ער געבן צדקה פאר ער גייט זיך היילן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה נה.): "בְּשָׁעָה שֶׁמְשַׁגְרִין יִסּוּרִין עַל הָאָדָם, מַּשְׁבִּיעִין אוֹתָן שֶׁלֹּא תֵּלְכוּ אֶלָּא בְּיוֹם פְּלוֹנִי, וְלֹא תֵּצְאוּ אֶלָּא בְּיוֹם פְּלוֹנִי, וּבְשָׁעָה פְּלוֹנִית, וְעַל יְדֵי פְּלוֹנִי, וְעַל יְדֵי סַם פְּלוֹנִי", ווען מען שיקט יסורים אויף א מענטש באשווערט מען די יסורים ווען זיי זאלן קומען אויפן מענטש און ווען זיי זאלן אוועק גיין פונעם מענטש, דורך וועלכע דאקטער און דורך וועלכע מעדעצין וכו' עס זאל אויסגעהיילט ווערן; פרעגט דער רבי, ווי אזוי קען א מענטש בכלל גיין צום דאקטער ווען ער ווייסט נישט צי ער איז בכלל דער דאקטער וואס מען האט באשוואוירן אים אויס צו היילן, און ווי אזוי קען דער דאקטער פארשרייבן א מעדעצין ווען ער ווייסט נישט צי דאס איז דער ריכטיגער סם וואס מען דארף געבן פארן חולה וכו'? זאגט דער רבי, אבער אז א מענטש מאכט א פדיון דעמאלט וועט דער דאקטער אים קענען אויסהיילן.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז דו ווערסט שוין משוגע פון ארום לויפן צו דאקטורים, ווייל יעדער דאקטער זאגט עפעס אנדערש און ביז דערווייל גייסטו אריבער שרעקליכע יסורים, זאלסטו פאלגן דעם רבי'ן און מאכן א פדיון נפש וועסטו זוכה זיין צו האבן א רפואה.


ווער קען מאכן א פדיון נפש? ווער ווייסט בכלל וואס מיינט א פדיון נפש? נאר דער רבי; פון היינט אן, פאר דו גייסט צו א דאקטער זיך צו היילן זאלסטו געבן א פדיון נפש פארן רבי'ן. ווי קען מען היינט געבן א פדיון נפש פארן רבי'ן? אז מען געבט געלט צו דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. האלט א "קרן הדפסה" פושקע ביי דיר אין שטוב און ווען דו דארפסט גיין צום דאקטער זאלסטו לערנען די תורה אין ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ג, און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר אז דו זאלסט שוין זוכה זיין צו טרעפן דעם ריכטיגן שליח וואס וועט דיר אויסהיילן, און געב צדקה פאר א פדיון וועסטו האבן א רפואה שלימה בקרוב.


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט דרוקן זיינע ספרים, בפרט "אשר בנחל", זאגט ער צו א ישועה. געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו דרוקן צענדליגער כרכים פונעם ספר "אשר בנחל" בחייו פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. איך האב א שטארקע הכרת הטוב פאר די ספרים "אשר בנחל", ווייל איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן דורך "אשר בנחל – חלק כז". פאראיאר האב איך זוכה געווען צו דרוקן "אשר בנחל" אין אידיש; איך האב געדרוקט טויזנט כרכים פון זעקס בענדער, אין דעם איז געדרוקט אלע בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין אידיש - נאנט צו אכט הונדערט בריוו; כמעט אלע טויזענט סעטס האט מען שוין מפיץ געווען. יעצט גיי איך מיטן אייבערשטנס הילף נאכאמאל איבער דרוקן די זעקס בענדער אשר בנחל אין אידיש.


שטארק דיר מיט אמונה; דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט האבן א רפואה. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן אז מען זאל גיין לכל הפחות איין מאל א חודש אין שפיטאל צו מקיים זיין די מצוה פון ביקור חולים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים לט:) "כָּל הַמְבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה נִיצוֹל מְדִינָה שֶׁל גֵיהִנָם", ווער עס איז מבקר חולה ווערט ניצול פון גיהנום; פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז חוץ די מצוה וואס מען איז מקיים ביים באזוכן א חולה, ווערט דער מענטש פרייליך און ער האט מער נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן, ווייל ער הייבט אן צו זען אז זיין צרה איז נישט אזוי געפערליך, ער ווערט פרייליך אז ער איז געזונט; דו וואס דו דרייט זיך ביי דאקטורים, דו גייסט אריין און ארויס פון שפיטאל פאר דיין פראבלעם וואס דו האסט וכו', קענסטו זיכער זען די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר. דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן און זאגן וואס ר' נתן פלעגט זאגן ווען ער האט געהאט א צרה: "עס איז נאך מיט גרויסע חסדים". מען דארף אויפזוכן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט.


איך בין מתפלל פאר דיר אז דו זאלסט בקרוב אויסגעהיילט ווערן און דו זאלסט קענען צוריק קומען אין ישיבה געזונטערהייט.


דו ביסט א גרויסער חידוש אז מיט דיינע יסורים האסטו מסיים געווען מסכת ברכות; יעצט הייב אן מסכת שבת, לערן יעדן טאג אביסל. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה, אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט (שיחות הר"ן, סימן עו).


שרייב מיר נאך בריוו, איך וועל דיר אם ירצה ה' צוריק שרייבן.

#7 - א שלעכטער חבר האט גע'הרג'ט מיין לעבן
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך אייך זאגן יישר כח פאר די חיזוק דרשות וואס איך הער פון אייך טעגליך, דאס איז פאר מיר ווי געזאלין וואס העלפט מיר ווייטער אנגיין אין לעבן.


ספעציעל האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר די נעכטיגע דרשה וואס איר האט גערעדט וועגן זיך היטן פון שלעכטע חברים. וואס זאל איך אייך זאגן? איך בין געווארן אומגליקליך ביי די 9 יאר דורך א שלעכטער חבר, איך האב נאך דאן נישט פארשטאנען בכלל וואס דאס איז, און ביז ווען איך האב זיך געכאפט אז איך טו זאכן וואס מען טאר נישט, איז שוין געווען צו שפעט, איך בין שוין געליגן צו טיף אין בלאטע, און איך האב זיך שוין נישט געקענט ארויסזען דערפון.


איך האב ב"ה שיין חתונה געהאט, איך האב אבער א טויטע לעבן, די נארישע תאוות לויפן מיר נאך, און איך האב ממש נישט קיין לעבן. ווען איך וואלט געקענט רעדן צו יונגע אינגלעך און בחורים וואלט איך אזוי געשריגן אז דער דאך וואלט איינגעפאלן, איך וואלט זיי געזאגט אז זיי זאלן זיך היטן פון שלעכטע חברים ווי פון פייער, ווייל אויב וועלן זיי זיך נישט היטן וועלן זיי פארפאלן ווערן אויף אייביג, איך רעד שוין ברוחניות נאר אפילו בגשמיות וועלן זיי מער נישט קענען האבן קיין שום הנאה אין לעבן, זייער לעבן וועט זיך ענדיגן אויף אייביג, זיי וועלן קיינמאל מער נישט קענען לעבן ווי א נארמאלער מענטש אויף דער וועלט.


איך וויל אז איר זאלט דאס איבערגעבן פאר די בחורים, ווי שטארק מען דארף זיך היטן. פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א נארמאלער מענטש, אבער אינעווייניג בין איך אינגאנצן צעפליקט און צעריסן, פיל מאל טראכט איך ממש פון ענדיגן מיין לעבן, אבער ס'שטייט דאך אז בעל כרחך אתה חי.


איך בין שוין געווען ביי אזויפיל מענטשן אבער קיינער האט מיר נישט געקענט העלפן, מיין איינציגסטער טרייסט איז נאר אייערע שיעורים און חיזוק יומי וואס שטופט מיר צו גיין גלייך צום אייבערשטן און זיך אויסוויינען צו אים, נאר דאס בארואיגט מיר, נאר דאס קען מיר העלפן. די חיזוק פון אייך בלאזט אריין אין מיר א פרישע גייסט.


איך וואלט אייך זייער מכיר טובה געווען אויב איר קענט מיר שרייבן אפאר ווערטער חיזוק.


א טויטע-לעבעדיגער אינגערמאן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית ווערט ביי אים אויסגעלאשן די אמונה, מען שפירט זיך גענוי אזוי ווי דו חתמ'עסט זיך אונטער דיין בריוו: "א טויטע לעבעדיגער אינגערמאן"; מען שפירט טעם מיתה אין לעבן, מען הייבט אן טראכטן כל מיני שלעכטע מחשבות און מען הייבט אן האבן ספיקות וכו'.


דער פסוק זאגט (ישעיהו א, ד): "הוֹי גּוֹי חֹטֵא עַם כֶּבֶד עָו‍ֹן זֶרַע מְרֵעִים, בָּנִים מַשְׁחִיתִים, עָזְבוּ אֶת ה', נִאֲצוּ אֶת קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל נָזֹרוּ אָחוֹר", דער פסוק גייט ארויף אויף די עבירה פון פגם הברית, אז חוץ פון די גרויסע עבירה וואס מען טוט מיט בָּנִים מַשְׁחִיתִים רחמנא לצלן, הייבט מען אן ווערן אויסגעלאשן, מען שפירט מער נישט קיין אלוקית און מען גייט ארום צעקלאפט און צעבראכן וכו' - "עָזְבוּ אֶת ה' נִאֲצוּ אֶת קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל, נָזֹרוּ אָחוֹר", מען שפירט זיך דערווייטערט פונעם אייבערשטן וכו'.


צו די אלע מענטשן קומט דער רבי און שרייט צו זיי (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען"; דער רבי לאזט זיך אראפ און מאכט זיך כאילו ער איז אונזער חבר, אזוי ווי מען זעט ביי משה רבינו (שמות יח, ז ): "וַיִּשְׁאֲלוּ אִישׁ לְרֵעֵהוּ לְשָׁלוֹם", זאגט רש"י (שם): "אֵינִי יוֹדֵעַ מִי הִשְׁתַּחֲוָה לְמִי, כְּשֶׁהוּא אוֹמֵר אִישׁ לְרֵעֵהוּ, מִי הַקָּרוּי 'אִישׁ', זֶה מֹשֶׁה שֶׁנֶּאֱמַר 'וְהָאִישׁ מֹשֶׁה'", איך ווייס נישט ווער איז דער 'איש' און ווער איז דער 'רעהו', אבער וויבאלד עס שטייט "וְהָאִישׁ מֹשֶׁה עָנָיו מְאֹד", ווייס איך אז משה איז דער איש און יתרו איז דער רעהו; זאגט ר' נתן (לקוטי הלכות, הלכות בכור בהמה טהורה הלכה ד', אות כב): משה רבינו איז דאך געווען דער גרעסטער מענטש אויף דער וועלט, ער האט מקבל געווען די תורה פונעם אייבערשטן אליינס, לאידך גיסא - יתרו איז געווען א כומר, א גלח, א טמא'נער געצן דינער, דאך שטייט אז משה רבינו האט באגריסט "רעהו" זיין חבר. זעט מען פון דא אז דער צדיק לאזט זיך אראפ צו אלעמען, אפילו צו אונז פשוט'ע מענטשן, מגושמים, אין די פלאץ וואו מיר ליגן אין וואס מיר טוהן און ער איז אונז מקרב צום הייליגן באשעפער.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים. ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן אז ער וויל זיין ערליך; ער וויינט צו אים: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? וויפיל מאל איך נעם זיך פאר צו זיין וואויל פאל איך נאכאמאל אראפ!" דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע עונשים; דער אייבערשטער איז אים מוחל און נעמט אים צוריק.


בפרט א מענטש וואס דער יצר הרע האט אים געפאנגען אין זיין נעץ, ער זינדיגט אין די מיאוס'ע עבירה פון פגם הברית. וואס באמת וויל דער מענטש זיין ערליך, ריין און הייליג, אבער עס גייט אים נישט, ער האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ביז עס ווערט אים נמאס דאס לעבן און ער גייט ארום מיט שלעכטע מחשבות כאילו דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים; אזא מענטש, ווען ער קומט צום אייבערשטן און גיסט זיך אויס דאס הארץ, נעמט דער אייבערשטער אלע זיינע תפילות און ער איז זוכה אויסצומעקן אלע קליפות ומשחיתים וואס ער האט באשאפן דורך זיינע מעשים.


דערפאר, אז דו ביסט אזוי איינגעזינקען אין בלאטע וכו' נאכדעם וואס שוין צענדליגער יארן זינקסטו אין דיינע בלאטעס וכו' - פאלג דעם רבי'ן; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, פארצייל אים אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן?! איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר אז איך האלט עס שוין נישט אויס. איך האלט אין איין אריין פאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן אז דער לעבן איז מיר שוין נמאס. רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר, לייג אריין אין מיר א רוח טהרה, געב מיר כח, העלף מיר אז איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט אויף מיר ברוגז, איך גיי ארום מיט נארישע מחשבות, איך רעד מיר איין אז דו דארפסט מיר נישט וכו'".


וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא אזא זאך אז א מענטש איז שוין פארפאלן, אפילו דו שרייבסט אז דו ביסט אזוי פארזינקען אין דיינע שלעכטע מעשים וכו' וכו', דאך האט דער רבי גוטע עצות ווי אזוי מען קען ארויס קריכן פון בלאטע. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְדוּשָׁה מְאֹד, שֶׁנִלְכְּדוּ בַּמְּצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בָּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם", אפילו א מענטש איז נעבעך אריין געפאלן אין די הענט פונעם יצר הרע, ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָדוֹל כָּל כַּך, עַד שֶׁיְכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִים בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיוּב חָזָק לִלְמוֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כַּך וְכַּך, יִהְיֶה אֵיך שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה הנ"ל ווי גרויס תורה איז, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן צי דאס איז אויך געזאגט געווארן פאר איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. האט אים דער רבי געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, תורה איז בתפארת און ברית איז ביסוד. דאס הייסט, אפילו דער מענטש וואס האט פוגם געווען בברית, ער האט קאליע געמאכט דעם יסוד וכו', אויב וועט ער לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה וואס איז בתפארת, וועט ער אלעס מתקן זיין און ווערן אן ערליכער איד"! (חיי מוהר"ן, סימן תקעג).


יעצט גיי זאג פאר א מענטש וואס ליגט אין ביטערע עבירות: "לערן"; ווי קען אזא מענטש לערנען, ער האט דאך נישט קיין מח?! ווייל געווענליך די אלע וואס זענען אריין געפאלן אין די הענט פונעם יצר הרע און זענען נכשל געווארן מיט די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, די האבן בדרך כלל פארלוירן זייער כח פון קאנצעטרירן, זייער מח איז נישט מסודר און מיושב, אפילו זיי וועלן זיצן ביי א שיעור וואו מען לערנט תורה וועט זייער קאפ אוועק פארן וכו', צו זיי קומט דער רבי מיט א וואונדערליכע סדר דרך הלימוד.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


"וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ מִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט זוכה זיין דורכצולערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיי"ש.


זע צו זאגן אביסל תהילים יעדן טאג, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים.


אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן און לערנען תורה וועסטו צוקומען צו ווערן לעבעדיג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:): "תּוֹרָה מְבִיאָה לִידֵי זְהִירוּת, זְהִירוּת מְבִיאָה לִידֵי זְרִיזוּת, זְרִיזוּת מְבִיאָה לִידֵי נְקִיּוּת, נְקִיוּת מְבִיאָה לִידֵי פְרִישׁוּת, פְּרִישׁוּת מְבִיאָה לִידֵי טַהֲרָה, טַהֲרָה מְבִיאָה לִידֵי קְדוּשָׁה, קְדוּשָׁה מְבִיאָה לִידֵי עֲנָוָה, עֲנָוָה מְבִיאָה לִידֵי יִרְאַת חֵטְא, יִרְאַת חֵטְא מְבִיאָה לִידֵי חֲסִידוּת, חֲסִידוּת מְבִיאָה לִידֵי רוּחַ הַקֹּדֶשׁ, רוּחַ הַקֹּדֶשׁ מְבִיאָה לִידֵי תְּחִיַּת הַמֵּתִים"; אז מען לערנט תורה קומט מען אן ביז תחיית המתים, דו וועסט ווערן א לעבעדיגער איד.

#6 - אויף סדר דרך הלימוד, מאכט מען א געהעריגע סיום? פרשת נשיאים סגולה לזווג הגון?
שידוכים, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

כבוד הרה"צ ראש הישיבה שליט"א,


אחרי קידה חמש מאות, באתי בזה לשאול את מע"כ היות שבימים הקרובים אני אמור לסיים בעז"ה מסכת קידושין בתלמוד בבלי שאמרתי כפי שהראש ישיבה מציע, הסדר דרך הלימוד; רציתי לשאול אם עריכת הסיום נערך כרגיל כלומר שאומרים קדיש וכו'?


שנית, מה שהראש ישיבה אמר לגבי פרשת הנשיאים שזו סגולה להגיד לזווג הגון, מה בדיוק צריך להגיד? איפה זה כתוב ?


ייש"כ גדול.


יצחק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, ט' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יצחק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן (שיחות הר"ן, סימן עו) וואס דער רבי זאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד, רַק הָאֲמִירָה לְבַד; לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן, און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לא יוּכַל לַעֲמד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", חכמינו זכרונם לברכה זאגן, א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


וואויל איז דיר אז דו האסט מסיים געווען א מסכת; מיט יעדע סיום וואס מען מאכט פארברענט מען דעם ס"מ. עס איז ידוע אז דער ס"מ האט זייער פיינט ווען מען מאכט א סיום, ווייל דאס פארברענט אים אינגאנצן, און דאס איז טאקע מרומז אין זיין נאמען - סמא"ל איז די ראשי תיבות: "סִ'יוּם מַ'סֶּכֶת אֵ'ין לַ'עֲשׂוֹת", ער וויל נישט מען זאל מאכן א סיום אויף א מסכת.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת קידושין פון תלמוד בבלי, און דו ווילסט וויסן צי דו זאלסט מאכן א סיום; אודאי זאלסטו מאכן א סיום, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:) אביי האט געזאגט "תֵּיתֵי לִי, דְּכִי חֲזִינָא צוּרְבָא מֵרַבָּנָן דְשָׁלִים מְסֶכְתֵּיהּ, עֲבִידְנָא יוֹמָא טָבָא לְרַבָּנָן", רש"י זאגט דארט, אז אביי איז געווען א ראש ישיבה, און יעדעס מאל א תלמיד האט מסיים געווען א מסכת, האט אביי געמאכט א סעודה; אביי האט זיך געפריידט מיט דעם, און געזאגט: "תיתי לי", זאל מיר קומען שכר אויף דעם וואס איך פלעג זיך מיט פרייען מיט יעדע סיום.


דערפאר, זע צו מאכן א סיום, און זע צו רופן דיינע עלטערן; דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם - ווען עלטערן זעען ווי פלייסיג מען לערנט.


מען קען זאגן קדיש דרבנן אפילו מען האט גורס געווען די גאנצע מסכת; קוק אריין אין משנה ברורה (אורח חיים סימן נד, סעיף קטן ט) פארוואס מען פירט זיך צו זאגן נאך א שיעור אדער נאך א דרשה די משנה (מכות ג, טז): "רבי חנניא בן עקשיא אומר".


וועגן סגולות צו טרעפן א שידוך; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך, זאל ער זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן, ביזן סוף, וואס דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה. עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, קריאה לחנוכה; נאכדעם ווען מען ענדיגט דאס זאגן, בעט מען דעם אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיין שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


וויסן זאלסטו, אז נאר סגולות וואס צדיקים האבן אונז געגעבן, דאס האט א קראפט, די אלע סגולות וואס מענטשן פארקויפן וכו' וכו' האט נישט קיין שום האפט, עס איז סתם א קאפ פארדרייעניש. אבער סגולות וואס צדיקים האבן אונז געגעבן, דאס העלפט; מען דארף גלייבן אין דעם, און אויסווארטן ביז מען איז זוכה צו קריגן א ישועה.


דער רבי זאגט נאך גוטע סגולות פאר איינעם וואס עס איז אים שווער צו טרעפן זיין שידוך (ספר המידות, אות חיתון, סימן ב): "קִדּוּשׁ לְבָנָה סְגֻלָּה שֶׁיִּמְצָא אָדָם אֶת זִוּוּגוֹ"; דערפאר דארף מען מקפיד זיין צו מאכן קידוש לבנה יעדן חודש, און ווען מען ענדיגט קידוש לבנה בעט מען דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן די ריכטיגע שידוך בזכות וואס מען האט געמאכט קידוש לבנה.


דער עיקר בעט איך דיר זייער, שטארק דיך און ווער נישט צעבראכן ווען דו זעסט אז עס גייט אריבער נאך א טאג און נאך א טאג, און עס ריקט זיך גארנישט; דו טראכסט כל מיני מחשבות וואס וועט זיין, אפשר וועל איך שוין אזוי בלייבן, ווער וועט מיר נעמען - די אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין אלע בחורים. אלע בחורים טראכטן דאס פאר זיי טרעפן זייער שידוך, אבער זאלסט נישט טראכט אזוי; טראכט גוט, און ווארט אויס פאר דיין ישועה, דו טו וואס דו האסט צו טון, פאלג דעם רבי'ן, און זיי מקיים אלע עצות וואס ער זאגט, וועסטו בודאי געהאלפן ווערן בקרוב ממש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - איך האב געענדיגט מסכת קידושין, א גרויסן דאנק!
לימוד התורה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

אל כבוד הראש ישיבה שליט"א,


היום עשיתי בס"ד סיום מסכת קידושין בזכות הרב שאמר לומר את המילים, ואתה יודע כשאומרים מתעכבים כבר פה ושם בהבנה.


למדתי כך 3 דפים ביום, והיום עשיתי סיום בתופים ובמחולות.


אשריכם שאתם מפרסמים את תורת רבי נחמן האמיתי, יצאתי ידי חובת קביעת עיתים לתורה הרווחתי מסכת והרווחתי שמחה בלב והרווחתי שאני מרגיש יותר קרוב לשי"ת.


בלי השיטה הזאת של רבי נחמן מברסלב זצ"ל לא הייתי מתחיל ללמוד את המסכת, ורק בזכות ההקלה שמרגישים בדרך הזאת קופצים לתוך הלימוד ונהיה קבוע, וכמובן שאגדתא זה בוודאי מתעכבים להבין שזה מעניין יותר. שיטה נפלאה ואמיתית בפרט בדורנו החלש בכל המובנים.


יישר כח גדול מאד.


השיטה שלך של מוהרא"ש שמקבלים אותי איך שאני ואני שווה בשווה עם ההוא שהולך עם 16 שמונה בגדים ומזיע עד כדי חלשות ועושה רושם של מקדש השם.....


זה דבר אדיר ונורא שמחזיק את היידישקייט היום, בקיצור חזק ואמץ וזה חשוב מאד שאתה לא מדבר נגד הסמרטפונים באופן ישיר לדאוג על הצדקות של אחרים אלא דרך השכל מה שבאמת כדאי כדי לחיות טוב ושמח ורגוע.....


שוב יישר כח גדול מאד חילכם לאורייתא


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אמאל געפרעגט א איד צי ער לערענט יעדן טאג, האט דער איד געענטפערט פארן רבי'ן אז ער האט נישט קיין צייט צו לערנען, ער איז פאריאגט און פארפלאגט, ער מוטשעט זיך צו ברענגען פרנסה פאר זיין ווייב און קינדער, און ער איז פארנומען א גאנצן טאג מיט זיין ארבעט, און ער האט נישט קיין צייט צו לערנען, האט אים דער רבי געזאגט: אפילו דו ארבעטסט א גאנצע טאג, און דו קענסט זיך נישט קובע זיין א באשטימטע צייט צו לערנען, זאלסטו זען ארויס צו כאפן יעדן טאג אביסל צייט צו לערנען תורה; דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט, איינע פון די ערשטע שאלות וואס מען פרעגט דעם מענטש איז: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" בפשטות זעט אויס אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט קובע געווען א צייט יעדן טאג צו לערנען, אבער דער רבי טייטשט אנדערש, אז מען פרעגט אים צי ער האט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג, מיט אלע שוועריקייטן מיט אלע איבערגייעכטס, ווייל קֶבַע איז א לשון פון גְּזֵלָה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג) "וְקָבַע אֶת קבְעֵיהֶם נָפֶשׁ", זעט מען אז דאס איז א לשון פון גנב'נען; איז פשט, אז מען פרעגט דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" צי ער האט ארויס געכאפט פון זיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט פאר תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד).


אז מען קוקט מיט אן אמת זעט מען אז א מענטש וואס געוואוינט זיך צו צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, ווען ער האט א פאר איבעריגע מינוט כאפט ער אריין נאך א פרק משניות, נאך א דף גמרא; וואו ער גייט און וואו ער שטייט נעמט ער מיט זיך א זעקל ספרים, א משניות'ל, א תהילימ'ל, א חומש'ל, און ווען ער האט א פאר מינוט כאפט ער אריין נאך אביסל און נאך אביסל, דאס איז די ריכטיגע וועג פון זיך קובע זיין א צייט צו לערנען, ווייל דאס קען מען אייביג טון - צי מען האט פרנסה צי נישט, צי מען האט שלום בית צי נישט וכו' וכו'; דאס איז דער ריכטיגער קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה.


ווען א מענטש לערנט נאר ווען ער איז אויסגערוהט, נאר ווען אלעס קלאפט - וועט ער אייביג האבן תירוצים; היינט קלאפט נישט דאס, מארגן קלאפט נישט יענץ, אבער ווען מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (עיין שיחות הר"ן, סימן עו) מען קוקט נישט צי מען פארשטייט גלייך יעדעס ווארט צי מען פארשטייט נישט גלייך יעדע זאך, דעמאלט איז מען זוכה צו לערנען זייער אסאך.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה, שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", זאג נישט 'ווען איך וועל האבן צייט און נישט זיין פארנומען, דעמאלט וועל איך לערנען', ווייל עס קען זיין אז דו וועסט נישט האבן קיין צייט, און עס קען זיין אז יעדעס מאל וועסטו האבן אנדערע תירוצים, נאר יעצט כאפ אריין אביסל תורה.


בנוגע סמארט-פאון וכו'; איך זאג נאר וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, ווי ער האט געוויינט און גערעדט אזוי סאך צו זיינע אינגעלייט אז זיי זאלן נישט חרוב מאכן זייערע שטובער, זיי זאלן נישט אריין ברענגען אין שטוב קיין קאמפיוטער וכו'; ביזנעס איז ביזנעס, אבער אין שטוב איז נישט גוט צו האבן נישט קיין קאמפיוטער וכו'. וויפיל פרויען און אינגע ווייבלעך שרייבן מיר און וויינען צו מיר אז איך זאל זיי מדריך זיין, איך זאל זיי זאגן צי זיי זענען מחויב צו לעבן מיט א מאן וואס איז צוגעקלעבט צו זיין סמארט-פאון וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#4 - לערנען תורה ברענגט אלעס גוטס
שידוכים, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד מורי ורבי ראש הישיבה שליט''א


איך וויל זיך באדאנקען פאר'ן ראש הישיבה, פאר'ן ראטעווען מיין לעבען. ווי וואלט איך ווען געווען ווי וואלט איך ווען אויסגעזען אן דער ראש הישיבה וואס לערנט מיך אויס אז איך קען זיין א ערליכע איד!! 


איך בין זיך מחי' מיט די האטליין, מיט די חיזוק יומי, און מיט די לאנגע שיעורים, און מיט די ניגונים וואס עפענט אויף מיין הארץ יעדע מאל וואס איך הער עס אויס!! (וואס דאס איז אפאר מאל א טאג...)


ב''ה אין זכות פון די ראש הישיבה האב איך שוין געענדיגט א גרויס חלק פון די תורה און בעזהשי"ת מאך איך צום ערשטן מאל אין מיין לעבען א סיום הש''ס!! וואס ווען איך האב געהערט דערפון די ערשטע מאל האב איך געמיינט אז מ'מיינט א צווייטן, איך בין נאר געמאכט פאר משניות... אבער ב''ה מוהרא''ש זי''ע האט מיך דעמאלט געזאגט ''נעם די מסכתא וואס דו לערנסט אין ישיבה און זאג בלאט נאך בלאט'' און אזוי האב איך גענדיגט בבא קמא 101 מאל!! און שפעטער האט מיך די ראש הישיבה געזאגט אז איך זאל אנהייבן ש"ס האב איך געפאלגט! ס'האט טאקע גענומען לענגער ווי איך האב געמיינט אבער ש'כח הייליגער באשעפער אז איך האלט שוין דא!!


איך דאנק דעם הייליגן באשעפער אז איך בין אין היכל הקודש, וואס גרעסער און פשוטער פון דעם איז נישט דא אין ערגעץ!!! איך וואלט זייער געוואלט האבן א זכות אינעם בויען די נייע ביהמ''ד אין אומאן, אפי' איך בין אין ארץ ישראל און געלט וואלגערט זיך נישט דא אבער איך וועל זיך אם ירצה השם אנשטרענגען און שיקן וויפיל איך קען.


איך וויל וויסן אויב ס'איז שייך צו שיקען א Quick pay, און אויב יא צו וואו איך קען עס שיקן.


א גרויסן יישר כח פאר יעדע חיזוק יומי און פאר יעדע שיעור וואס דער ראש הישיבה געט!


נ. ב. אזוי ווי איך ווייס אז מיינע קרובים האלטען מיט יעדע נייעס פון די ישיבה בעט איך נישט צו לייגן מיין נאמען ברבים. 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


      איך האב ערהאלטן דיין בריוו


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס תלמוד בבלי אופן סדר דרך הלימוד פין הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו).


ר' נתן שרייבט אין א בריוו (עלים לתרופה, מכתב קעד): "גַּם פֹּה נִמְצָא מִתְנַגֵּד אֶחָד, עס געפונט זיך דא א מתנגד, שֶׁבְּנוֹ הִתְחִיל קְצָת לְהִתְקָרֵב לְאַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵנוּ, וְלָמַד הַרְבֵּה גְּמָרָא וּפוֹסְקִים, וואס זיין זון איז מקורב צו אנשי שלומינו, און ער האט אנגעפאנגען צו לערנען פלייסיג, וְעַתָּה, מַכְרִיחִים אוֹתוֹ אַנְשֵׁי בְּלִיַּעַל, הַמְכַנִּים עַצְמָם בְּשֵׁם חֲסִידִים, וּמוֹנְעִים אוֹתוֹ בְּעַל כָּרְחוֹ מִלִּלְמֹד גְּמָרָא וּפוֹסְקִים, וְאוֹמְרִים שֶׁטּוֹב יוֹתֵר לְדַבֵּר עִמָּהֶם, די מתנגדים רעדן אים אפ פון לערנען גמרא ופוסקים, און זיי זאגן אים אז ער זאל ענדערש פארברענגען מיט זיי ווי צו לערנען, וְאָבִיו צָעַק עַל בְּנוֹ הַנַּ"ל, אֲנִי נוֹתֵן לְךָ לֶאֱכֹל עַל מְנָת שֶׁלֹּא תִּלְמַד רַק דַּף גְּמָרָא אֶחָד בְּכָל יוֹם, לֹא יוֹתֵר! כִּי מִי שֶׁלּוֹמֵד כָּל הַיּוֹם הוּא בְּרֶסְלְבֶר וְכוּ', זיין טאטע שרייט אויף אים אז ער זאל אויף הערן צו לערנען אזוי סאך, ווייל ווער עס לערנט אסאך איז א ברסלב'ער, און דער טאטע זאגט אים אז ער גייט אים אויפהערן געבן עסן אויב לערנט ער מער ווי איין דף גמרא; זאגט ר' נתן א מורא'דיגער לשון: הַכְּלָל, שֶׁאֵין הַמִּתְנַגְּדִים עוֹמְדִים לִמְנֹעַ מִלִּלְמֹד סִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, רַק פְּנִימִיּוּת כַּוָּנַת הָרַע שֶׁבְּלִבָּם הוּא לְבַטֵּל מִיִּשְׂרָאֵל כָּל הַתּוֹרָה כֻּלָּהּ, כִּי יָדוּעַ לָכֶם מַעֲשֵׂי בְּנֵי הַנְּעוּרִים, בִּפְרָט בַּדּוֹר הַזֶּה, וְאֵין שׁוּם הַצָּלָה כִּי אִם עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, וְאֵין מִי שֶׁיַּכְנִיס לִמּוּד הַתּוֹרָה וְקִיּוּם הַתּוֹרָה בָּעוֹלָם כְּמוֹ אֲדוֹנֵנוּ מוֹרֵנוּ וְרַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, עַל יְדֵי אֲמִתַּת דְּרָכָיו הַקְּדוֹשִׁים שֶׁגִּלָּה עַל יָדֵינוּ, וּבִסְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים, די מתנגדים ווילן נישט אז מען זאל נישט לערנען דעם רבינ'ס ספרים, נאר זיי ווילן אויסרייסן די גאנצע תורה, ווי עס איז אייך באוואוסט די מעשי בני הנעורים פונעם דור, און עס איז נישט דא קיין שום וועג זיי צו ראטעווען נאר דורך לימוד התורה, און עס איז נישט דא ווער עס זאל אריין ברענגען לימוד התורה נאר דער הייליגער רבי".


ווער עס פאלגט דעם הייליגן רבי'ן און לערנט אופן סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אונז געגעבן, ביז א קורצע צייט איז ער זוכה צו ענדיגן כל התורה כולה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "נִכְסַפְתִּי מְאֹד לְהַמְשִׁיךְ אֶת הָעוֹלָם אֶל עֲשִׂיָּה, שֶׁיִּהְיֶה חִיּוּב אֵצֶל כָּל אֶחָד וְאֶחָד לִלְמוֹד כָּךְ וְכָךְ, בְּכָל יוֹם וְלֹא יַעֲבֹר, וְכַיּוֹצֵא", דער רבי האט זייער געוואלט אריין ברענגן אין מענטשן אז מען זאל לערנען יעדן טאג, און דער רבי האט געזאגט (שם): "שֶׁאֲפִילוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְדוּשָׁה מְאֹד, שֶׁנִלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַ"ו, אַף עַל פִּי כֵּן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָדוֹל כָּל כַּ, עַד שֶׁיְכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חוֹק קָבוּעַ וְחִיוּב חָזָק לִלְמוֹד בְּכָל יוֹם וְיוֹם כַּ וְכַּ, יִהְיֶה אֵי שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָדוֹל מְאֹד", אפילו איינער וואס איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון די תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן צי עס גייט אויך ארויף אויף איינעם וואס איז אריין געפאלן אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס (חיי מוהר"ן, סימן תקעג)"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען, ווייל תורה איז דער עצה אז מען זאל ווערן נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט טרעפן דיין זיווג בקרוב, און זוכה זיין צו אויפשטעלן א שיינע שטוב.


דער רבי האט געזאגט אז ווען מען איז זוכה צו ענדיגן ש"ס, איז מען ממשיך אויף זיך א צלם אלוקים, דאס מיינט אויף אלע בחינות - סיי בפשטות, מען באקומט א ליכטיגער פנים, א צלם אלוקים; אזוי אויך איז מען זוכה צו טרעפן די באשערטע זיווג, אזוי ווי דער אריז"ל זאגט אז ווען מען האט חתונה באקומט מען א צלם אלוקים.


א גרויסער יישר כח אז דו ווילסט זיך משתתף זיין מיטן בויען דעם בנין וואס מיר בויען יעצט אין אומאן, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3 - מעג מען זאגן ליקוטי תפלות אום שבת? און איך זע נישט אז משניות זאל מיר העלפן אין שלום בית.
שלום בית, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה''ג מזכה את הרבים ר' יואל ראטה שליט''א


קודם וויל אייך באדאנקן פאר אייערע חיזוק שיעורים, און הערליכע ניגונים.


שאלה א', אין ספר ליקוטי תפלות איז דא אסאך תפלות אויף עניני גשמיות, איז מיין שאלה צי מען מעג עס אויך זאגן שבת ווייל עס איז נישט געשמאק אויסצולאזן ווען מען זאגט די תפילות כסדר. אין די פוסקים - לויט וויפיל איך ווייס - איז נישט אזוי קלאר די הלכה. און לאמיר זאגן אז מען טאר נישט, צי וועט העלפן היפך כוונה נישט יוצא צו זיין די מצוה פון תפלה, אדער גאר אינזין האבן אז די תפלה זאל חל זיין נאך שבת. און וואס וועט זיין אויב מען האט דאס אינזין ווען מען זאגט די תפלות ביי אלקי נצור צי עס וועט הייסן א הפסק.


שאלה ב', לגבי שלום בית, איינער וואס בעט יעדן טאג דעם רבונו של עולם, אפילו עטליכע מאל א טאג, ער זאל האבן שלום בית, און ער האט שוין אויסגעזאגט כמה פעמים ששה סדרי משנה (וואס ער האלט עס אן צו זאגן וויבאלד ער האט אויך א ציל פון יענע וועלט אפילו ער זעט נישט אזעלכע גרויסע שינויים וואס צוליב דעם האט ער אנגעהויבן צו זאגן משניות), און ער איז שוין געווען ביי רבנים און טעראפיסטן און געהערט מערערע שיעורים און געקוקט מערערע ספרים פון שלום בית, און דאך האט ער נישט קיין שלום בית, און ווען ער האט יא האלט עס נישט אן צו לאנג, און ער האט שוין גרעסערע קינדער, איז די שאלה ווי לאנג זאל ער אנהאלטן אזוי צו ליידן? איז דאס די רצון השי''ת צו בלייבן און ליידן אדער זיך צוטיילן?


יישר כח פאר'ן אוועקגעבן אייער טייערע צייט צו ענטפער'ן די שאלות.


 יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט צי מען מעג זאגן ליקוטי תפילות אום שבת וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז שבת מעג מען זאגן ליקוטי תפילות, און אויך מעג מען זיך מתוודה זיין שבת בשעת מען איז זיך מתבודד צום אייבערשטן, ווייל עס ווערט גע'פסקנ'ט (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) אז אויב איינער האט הנאה ווען ער וויינט, און ער שפירט זייער גוט נאכדעם ווען ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטער, און טוט תשובה וכו' - מעג ער וויינען שבת, ווייל דאס איז זיין עונג שבת; און ברסלב'ער חסידים פירן זיך צו זאגן ליקוטי תפילות שבת, און זיך מתבודד זיין און אלעס אויסדערציילן פארן אייבערשטן.


שטארק דיך ווייטער בלימוד משניות; עס שטייט אין תיקוני זוהר (הקדמה, ה.) אז די ראשי תיבות פון זְ'רָעִים מ'וֹעֵד נָ'שִׁים נְ'זִיקִין קָ'דָשִׁים טָ'הֳרוֹת, איז "זְמַן נָקַט"; האב איך געהערט פון א ברסלב'ער חסיד פשט, אז איינער וואס לערנט משניות האלט די צייט אין די האנט – "זְמַן נָקַט", ווייל ווען ער האט אן איבעריגער מינוט, כאפט ער אריין נאך א פרק און נאך א פרק, און אזוי נוצט ער אויס זיין צייט.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, "ווי אזוי מען קען וויסן אויף איינעם צי ער דרייט זיך אין "היכל הקודש"? אויב זעט מען אים שטענדיג מיט א משניות אין די האנט, איז א סימן אז ער דרייט זיך אין היכל הקודש"


וויסן זאלסטו אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן, און אפילו איינער האט א פרוי מיט שווערע נאטורן איז אויך מעגליך פארן מאן איר איבער צו דרייען, חז"ל פארציילן (עבודה זרה לט.): "מַעֲשֶׂה בְּאִשָּׁה אַחַת שֶׁנִשֵּׂאת לְחָבֵר, וְהָיְתָה קוֹשֶׁרֶת לוֹ תְּפִילִין עַל יָדוֹ, נִשֵּׂאת לְמוֹכֵס - וְהָיְתָה קוֹשֶׁרֶת לוֹ קִשְׁרֵי מוֹכֵס עַל יָדוֹ", עס איז געווען א פרוי וואס האט חתונה געהאט צו א תלמיד חכם, און זי האט אים געהאלפן אנטון יעדן טאג זיין תפילין, שפעטער האט זי חתונה געהאט צו א גנב, און זי פלעגט אים העלפן מיט זיינע שלעכטע מעשים; זעט מען פון דעם אז א פרוי גייט נאך איר מאן, אז דער מאן ווייסט וואס א פרוי וויל, און ער ווייסט ווי אזוי צו רעדן צו זיין ווייב - וועט זיין ווייב אים נאכגיין.


דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט פון יעצט אן זיין נאכגעביג, און זיי א "געבער", דו זאלסט נישט אויפהערן צו געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב, און אז דער אייבערשטער איז אין שטוב, איז שוין דא אלע ברכות, און דו וועסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - מסכת תענית פאר א שידוך, פאר בחורים וואס לערנען נישט אין ישיבה
שידוכים, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
אזוי ווי איך האב געהערט אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פאר די בחורים אז זיי זאלן לערנען מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און אין דעם זכות וועלן זיי א חתן ווערן, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט פאר די בחורים אין יאר תשע"א, וויל איך פרעגן אויב די סגולה איז נאר פאר בחורים וואס לערנען אין ישיבה, אדער דאס איז אויך פאר מיר וואס איך לערן נישט אין ישיבה?
אויך וויל איך וויסן, ווען איך זאג מסכת תענית, און איך קום אן צו א פסוק וואס האט דעם אייבערשטנ'ס נאמען, אויב מען זאגט ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, אדער מען זאגט נאר "השם"?
אויך ווען ס'איז דא צוויי גרסאות אין א גמרא, ווי וועלכע גירסא דארף מען זאגן?
א גרויסן ישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס איך באקום פון אייך שטענדיג.
שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד הבחור שלמה ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק אין עבודת השם ובעיקר בלימוד התורה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה (עיין שיחות הר"ן, סימן עו).


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מען דארף גארנישט טון, נאר דאווענען לערנען און דאווענען", און דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "טוֹב לָאָדָם שֶׁיַעֲבוֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה", וואס דאס קען מען נאר טון אז מען ווארפט אוועק אלע נארישע חכמות, און מען פאלגט דעם הייליגן רבי'ן בתמימות ופשיטות.


דאס וואס דו פרעגסט מיר בנוגע די הבטחה וואס מוהרא"ש האט צוגעזאגט דא אין ישיבה, אז אויב מען וועט אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה יעדן טאג לערנען און מסיים זיין מסכת תענית - וועט דער בחור א חתן ווערן, פרעגסטו מיר צי דאס איז נאר פאר תלמידי היכל הקודש?


וויסן זאלסטו אז צו זיין א תלמיד הישיבה דארף מען נישט זיין אין ישיבה בפועל ממש, נאר דער עיקר איז אז מען נעמט די עצות פון הייליגן רבי'ן און מען איז דאס מקיים – דעמאלט וואו מען איז נאר, איז מען א תלמיד פון רבי'ן; היכל הקודש איז נישט מצומצם אין א געוויסע מקום, און דווקא אויב מען איז דארט איז מען א תלמיד, נאר צו זיין א תלמיד היכל הקודש דארף מען פאלגן די עצות וואס מען לערנט אין היכל הקודש; קומט אויס, אז עס קענען זיין בחורים וואס דרייען זיך אין היכל הקודש, עס זעט אויס ווי זיי זענען תלמידים, אבער באמת האבן זיי נישט קיין שום שייכות מיטן פלאץ, ווייל זיי פאלגן נישט, און עס קען זיין א בחור ווי דיר, וואס קיינער ווייסט נישט ווער דו ביסט, דו לערנסט אין א צווייטער ישיבה און דו פרובירסט צו מקיים זיין די עצות וואס מען לערנט דא, און דו ביסט א תלמיד היכל הקודש.


דערפאר זאלסטו אנהייבן צו לערנען מסכת תענית, און דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן דיין שידוך בקרוב.


בנוגע וואס דו פרעגסט, אויב מען קומט אן צו א פסוק וואס האט דעם אייבערשטנ'ס נאמען, צי מען זאגט ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען; אויב איז עס א גאנצער פסוק קען מען ארויס זאגן דעם אייבערשטנ'ס נאמען, אבער אז חז"ל ברענגען נאר אראפ דעם האלבן פסוק, זאגט מען נישט ארויס דעם נאמען, נאר מען זאגט 'השם', אזוי אויך ווען עס איז דא נאך א גירסא קען מען זאגן ביידע גרסאות.


דער עיקר זאלסטו זען זיך מחזק צו זיין און גלייבן אינעם אייבערשטן; דער רבי זאגט אז ווען א מענטש האט אמונה - ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און קיינער קען גארנישט טון פארן מענטש, נישט קיין גוטס און זיכער נישט קיין שלעכטס אן דעם איייבערשטער, איז דער אייבערשטער אים מוחל אויף אלע עבירות.


נעכטן האבן די בחורים אנגעפאנגען דא אין ישיבה צו לערנען מסכת תענית; איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן פון וויינען, איך האב געזאגט פארן אייבערשטן: "קוק ווי שטארק די בחורים ווילן חתונה האבן! קוק דא בחורים וואס האבן נישט קיין זיץ פלייש, א גאנץ יאר קענען זיי נישט זיצן קיין גאנצע פינף מינוט אויף איין פלאץ, און יעצט ווען זיי הערן א צוזאג פון א צדיק, זיצן זיי שעות אויף שעות צו ענדיגן די מסכת, עס זענען דא בחורים וואס עס נעמט זיי פינף זעקס שעה צו ענדיגן, דאך ווילן זיי דאס טון ווייל זיי ווילן זיין ערליך און אפגעהיטן פון עבירות, דא קען מען זען אז אלע בחורים ווילן זיין גוט, אלע ווילן זיין ערליך".


 דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - חיזוק אויף לערנען משניות און גמרא
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

פון מנשה. לכבוד דער טייערער ראש ישיבה שליט"א איך בין א אינגערמאן פון 33 יאר אלט, און איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה דעם פארגאנגענעם יו"ט שבועות. דאס איז געווען דער ערשטער מאל אין מיין לעבן וואס איך האב געענדיגט גאנץ משניות, עס האט מיר גענומען א גאנץ יאר עס צו ענדיגן, און איך האב גלייך נאכדעם אנגעהויבן נאכאמאל משניות, און איך האב אויך אנגעהויבן א שיעור אין ש"ס, און איך האלט שוין אינמיטן מסכת עירובין. איך הער אויס אייערע שיעורים, און איך האב נישט די ווערטער אייך צו דאנקען פאר אלע גוטע עצות און חיזוק וואס איך באקום פון די שיעורים, און איך וויל בעטן אויב איר קענט מיר שרייבן חיזוק אז איך זאל ווייטער אנגיין מיט'ן לערנען תורה יעדן טאג.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד מנשה ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען דאס ערשטע מאל אין דיין לעבן 'ששה סדרי משנה'; דער חיד"א ז"ל ברענגט בשם מדרש תלפיות: "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מֵנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם", אז ווען א מענטש קומט ארויף אויבן אין הימל, קומען די מלאכי חבלה און ווילן אים אריין שלעפן אין גיהנום, הייבט דער מענטש אן צו שרייען צו אלע צדיקים, ער שרייט: "אברהם אבינו ראטעווע מיר, יצחק אבינו ראטעווע מיר, יעקב אבינו ראטעווע מיר", אבער קיינער ענטפערט אים נישט; נאכדעם שרייט ער: "ראובן, שמעון, לוי", ביז ער קומט אן צו אשר בן יעקב. אשר פרעגט דעם מענטש צי ער האט געלערנט משניות, אויב ענטפערט ער 'יא', נעמט ער אים אריין אין גן עדן; דער חיד"א טייטש מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות פון 'משנה', "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", און ער וועט אים געבן גן עדן, זעט מען דאס גרויסקייט פון משניות.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, אז ער וויל זיין אן ערליכער איד און עס גייט אים נישט; האט אים דער רבי געזאגט: "אַתָּה עֲשֵׂה טוֹב, וַעֲסֹק בַּעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת, וּכְשֶׁתַּעֲסֹק וְתַתְמִיד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ אֲזַי הַטּוֹב יִשָּׁאֵר, וְהָרַע מִמֵּילָא יִתְבַּטֵּל" - דו טו גוטס, און דאס שלעכטס וועט פון זיך אליינס אוועק גיין (חיי מוהר"ן, סימן תמז).


ווי זיס און ווי געשמאק איז, ווען מען זיצט מיט א חומש, א משניות, א גמרא, און מען לערנט אויפן 'סדר דרך הלימוד' וואס מיר האבן באקומען פונעם הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו) און מען איז זיך מתבודד מיטן אייבערשטן; מען דארף נישט קיינעם, נאר דעם אייבערשטער אליין.


ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן האט ער זייער א זיס לעבן; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און טרינקט קאפיטליך תהילים, און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


 איך האב הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די שיעורים, און דו לעבסט מיט'ן אייבערשטן און מיט די תורה. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער, און מצליח זיין אין אלע דיינע ענינים.