שאלה אין קורצן ענין
#113 - איז דער סדר דרך הלימוד, נאר פאר ווען מ'איז אין א שוואכע מינוט?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט וואס איר האט געשריבן אין א תשובה, וועגן דעם "סדר דרך הלימוד", אז דער רבי האט געהייסן פאר רבי נתן צו "זאגן" יעדן טאג ח"י פרקים משניות, כאטש וואס רבי נתן האט געקענט ש"ס אויף אויסנווייניג מיט אלע תוספות, און איר ברענגט דארט ארויס אז אפילו איינער וואס קען לערנען און פארשטייט לערנען, זאל ער נאכאלץ נעמען דעם דרך הלימוד פון רבי'ן צו זאגן אן פארשטיין.


איז מיין שאלה אויב דאס איז געזאגט געווארן דוקא ווען דער מענטש איז אין א שוואכע מינוט, ווען ער האט א ירידת המוחין און אנדערע פראבלעמען וואס לאזן אים נישט לערנען געהעריג, אדער איז דאס טאקע סתם אזוי צו יעדע צייט און מצב.


ווייל איך האב געליינט אין ספר הקדוש אשר בנחל באידיש (דאכט זיך ערגעץ אין חלק ד') ווי מוהרא"ש איז מסביר באריכות דעם "סדר דרך הלימוד", און דארט זעט יא אויס אז עס איז נישט געמאכט געווארן פאר איינעם וואס חשק צו לערנען און פארשטייט לערנען.


א גרויסן יישר כח, און ביטע זייט מתפלל פאר מיר איך זאל האבן שלום בית (איך בין יעצט צעטיילט) און איך זאל זוכה זיין אמת'דיג תשובה צו טון.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן נארן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן.


א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן, נאר שטענדיג קוקן אויף זיך און זיך אליינס פרעגן: "ווען האב איך דאס לעצטע מאל געעפענט א ספר?" א מענטש כאפט נישט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א חודש נאך א חודש, אפילו א יאר נאך א יאר, און ער האט נישט געעפענט קיין אידיש ספר צו לערנען אפילו איין ווארט תורה.


יעדער מענטש וויל לערנען, יעדער מענטש איז צעבראכן אז ער לערנט נישט און יעדער ווייסט זייער גוט אז נאר תורה מאכט פרייליך דעם מענטש, דער פראבלעם איז אז מען האט גוטע תירוצים. איינער זאגט: "איך פארשטיי נישט קיין לערנען"; איינער זאגט: "איך פלעג לערנען, אבער לעצטנס גייט אריבער אויף מיר זייער פיל שוועריקייטן אז איך קען זיך פשוט נישט אווקעזעצן לערנען"; א דריטער זאגט: "ווען דו וועסט האבן א ווייב ווי איך, ווען דו וועסט האבן אזעלכע שווערע צרות ווי איך האב, וואלסטו אויך נישט געקענט לערנען".


אט דא קומט אריין דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד"; ווען א מענטש נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער מיט א שטארקייט, ער הייבט אן לערנען יעדן טאג אביסל חומש; ער הייבט אן די סדרה אנהייב וואך, זונטאג לערנט ער ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; נאכדעם נעמט ער א משניות, ער הייבט אן פון אנהייב מסכת ברכות "מֵאֵימָתַי קוֹרִין אֶת שְׁמַע וְכוּ'", ביז ער ענדיגט מסכת ברכות, נאכדעם הייבט ער אן מסכת פאה אזוי לערנט ער פרק נאך פרק ביז ער ענדיגט א סדר נאך א סדר, אויף דעם וועג וואלט יעדער איינער זוכה געווען צו לערנען פלייסיג.


דעריבער בעט איך דיר זייער, פאלג דעם הייליגן רבי'ן און הייב היינט אן צו לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד"; נעם א משניות און הייב אן זאגן פרקים משניות, נעם א גמרא און זאג דפים גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו ווייטער לערנען, זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה ווייל דאס וועט דיר ברענגען נאנט צום אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵּצֶר הָרָע, וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", איך האב באשאפן דעם יצר הרע - זאגט דער אייבערשטער - אבער איך האב אויך באשאפן א רפואה פארן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה, וואס דאס איז א מעדיצין קעגן דעם יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ".


דער רבי האט אויך געוואלט מען זאל לערנען א שיעור בעיון; אינעם זעלבן שיחה וואו דער רבי זאגט מען זאל לערנען שנעל אפילו מען פארשטייט נישט, זאגט דער רבי (שיחות הר"ן סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", א מענטש זאל אויך האבן א שיעור צו לערנען בעיון אביסל יעדן טאג; דאס ווענדט זיך שוין יעדער מענטש וויפיל ער קען וכו', אבער דער ערשטער חלק פונעם סדר דרך הלימוד דאס איז נוגע פאר יעדן איינעם, דאס איז א דבר השוה לכל נפש.


וואויל איז פאר דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן; ביי אים וועט מקיום ווערן דער פסוק (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ, וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן"; וואס די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (שמות רבה נג, ב): "אֵימָתַי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת?" ווען לאכט די תורה צום מענטש, ווען זעט דער מענטש וואס ער האט אלץ געטון אין זיין לעבן? "הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", ביים לעצטן טאג; דעמאלט וועלן אפיר קומען אלע פרקים משניות און דפים גמרא, דעמאלט וועט מען זען די ווארהייט פונעם סדר דרך הלימוד; דאס גרויסקייט פון די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות.


ביי די לויה ווען מען וועט באגלייטן דעם נפטר וואס האט געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן, וועט מען נישט סתם טראגן דעם ארון, נאר עס וועט זיין א ריכטיגער ארון הקודש, א ארון מלא ספרים; עס וועט ליגן אינעם ארון גאנץ תַּנַּ"ך, שִׁשָּׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, בַּבְלִי, יְרוּשַׁלְמִי, תּוֹסֶפְתָּא, רַמְבַּ"ם, טוּר, שֻׁלְחָן עָרוּך, כָּל הַמִּדְרָשִׁים, זוֹהַר וְתִּקּוּנִים, כָּל סִפְרֵי רַבֵּינוּ וְכוּ' וְכוּ'; דעמאלט וועט מען זען ווער עס איז דער געלעכטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#112 - פארוואס זאל מען נישט לערנען מער ענגליש און לימודי חול מיט די קינדער?
חינוך הילדים, לימוד התורה, לימודי חול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח אויף אייערע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך וואוין אין ארץ ישראל, און איך האב א זאך וואס שטערט מיר שטארק, איך שיק מיינע קינדער אין תלמוד תורה ב"ה, מען לערנט א גאנצן טאג תורה, און נאר איין שעה לערנט מען לימודי חול. מיר שטערט זייער שטארק פארוואס מ'לערנט נישט מער מיט די קינדער, צום ביישפיל היסטאריע, געאגראפיע, און דאס גלייכן. אפילו נ"ך, וואס דאס איז דאך אידישע היסטאריע, לערנט מען אויך נישט. שוין אפגערעדט וואס מען לערנט בכלל נישט קיין ענגליש.


איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט צו זאגן וועגן דעם.


יישר כח פון פאראויס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר טהרה, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט זוכה צו שיקן דיינע קינדער אין א ערליכן תלמוד תורה וואו מען לערנט מיט די קינדער די הייליגע תורה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע זכות דער מענטש האט ווען ער איז זוכה צו שיקן זיינע קינדער אין חדר לערנען די הייליגע תורה; ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און זיין נשמה קומט ארויף אויבן אין הימל, הייבט מען אן דן זיין די נשמה, מען נעמט אפיר אלע מעשים וואס דער מענטש האט געטון, און ווען מען וויל אים שוין שטראפן אויף זיינע שלעכטע מעשים, זאגט דער זוהר הקדוש (מדרש הנעלם פרשת וירא, קד:): אויפן פסוק (בראשית יח, לא): "אוּלַי יִמָּצְּאוּן שָׁם עֶשְׂרִים", אז דער סניגור זיכט זכותים אויף די נשמה, אז די נשמה זאל זוכה זיין צו גיין אין גן עדן; פרעגט ער: "אוּלַי יִמָּצְּאוּן שָׁם עֶשְׂרִים, שֶׁמָּא יְגַדְּלוּ בָּנִים לְתַלְמוּד תּוֹרָה, וְיֶשׁ לָהֶם שָׂכָר לַעֲשֶׂרֶת הַדִּבְּרוֹת שְׁתֵּי פְּעָמִים בְּכָל יוֹם?" אפשר האט דער מענטש געשיקט זיינע קינדער אין חדר לערנען די הייליגע תורה, האט ער שכר כאילו ער האט מקיים געווען יעדן איינציגן טאג די עשרת הדברות צוויי מאל, "דְּאָמַר רַבִּי יִצְּחָק, כָּל הַמְגַדֵּל בְּנוֹ לְתַלְמוּד תּוֹרָה וּמוֹלִיכוֹ לְבֵית רַבּוֹ בַּבֹּקֶר וּבָעֶרֶב, מַעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִלּוּ קִיֵּים הַתּוֹרָה ב' פְּעָמִים בְּכָל יוֹם", ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער שיקט זיינע קינדער אין חדר לערנען תורה, רעכנט מען אים כאילו ער האט מקיים געווען די גאנצע תורה און אין דעם זכות ווערט זיין נשמה באפרייט פון די עונשים פון גיהנום.


איך ווייס נישט וואס שטערט דיר אז דיינע קינדער לערנען נישט קיין ענגליש; צי וואס דארפן זיי דאס לערנען, וואס וועט דאס זיי העלפן אין לעבן? דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ג): "אֵין צָרִיךְ לָאָדָם לִדְאֹג עַל פַּרְנָסַת בָּנָיו, כִּי כְּשֶׁהֵם גְּדֵלִים, גְּדֵלָה פַּרְנָסָתָם עִמָּהֶם", מען דארף נישט זיין באזארגט פאר די קינדער פון וואו זיי וועלן האבן פרנסה, ווייל ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועט זייער פרנסה מיט וואקסן מיט זיי; וויפיל אידן דרייען זיך ארום מיט א גוטע ענגליש און מיט אלע חכמות און זיי האבן נישט קיין פרנסה? פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, פרנסה קומט אז מען לערנט תורה.


אז מען קוקט מיט אן אמת'ן אויג זעט מען אז עס זענען דא הונדערטער עשירים וואס קענען נישט קיין ענגליש, עס זענען דא חסידי'שע אידן וואס האבן שיין פרנסה וכו'; זיי זענען געזיצן אין ישיבה און געלערנט אלע זייערע יארן נאר תורה און מיט דעם אלעם פירן זיי גרויסע געשעפטן וכו', און פארקערט זענען דא וואס האבן שטודירט צענדליגער יארן אלע ערליי חכמות, זיי האבן געלערנט כמה שפראכן וכו' און זיי האבן נישט קיין פרנסה. דעריבער, דארף אייך נישט שטערן אז אייערע קינדער לערנען נישט קיין ענגליש נאר זיי לערנען פלייסיג די הייליגע תורה.


מיר ווייסן גארנישט; מיר ווייסן נאר וואס די פריערדיגע צדיקים האבן געזאגט, ווי זיי האבן אוועק געשטעלט די חינוך פאר אונזערע דורות. מיר גייען נאך די פוס טריט פון די פריערדיגע צדיקים וואס האבן אראפ געשטעלט יסודות ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, און מען קען דאס נישט משנה זיין.


שלמה המלך זאגט (שיר השירים א, ז): "הַגִּידָה לִּי שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי אֵיכָה תִרְעֶה אֵיכָה תַּרְבִּיץ בַּצָּהֳרָיִם", די אידן פרעגן ביים אייבערשטן: "ווי קענען מיר זיין אין גלות, ווי אזוי ווייסן מיר וואו דיר צו געפונען? "שַׁלָּמָה אֶהְיֶה כְּעֹטְיָה, עַל עֶדְרֵי חֲבֵרֶיךָ", פארוואס זאלן מיר זיין פארשעמט ווי אבלים וואס האבן נישט קיין פאסטוך? ענטפערט דער אייבערשטער פאר די אידן (שם, ז): "אִם לֹא תֵדְעִי לָךְ הַיָּפָה בַּנָּשִׁים", אויב דו ווילסט מיר טרעפן, אויב דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין דעם ביטערן גלות: "צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן", גיי נאך די פוס טריט פון די פריערדיגע צדיקים וואס זיי האבן אראפגעשטעלט א וועג ווי אזוי מיר זאלן מחנך זיין אונזערע קינדער.


צי מען זאל לערנען נ"ך מיט די קינדער, אויף דעם איז דא חילוקי דעות; עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געזאגט מען זאל נישט לערנען נ"ך מיט קינדער, ווייל פארצייטנס האבן די אפיקורסים גענומען נ"ך און דארט האבן זיי אריין געלייגט זייערע פאלטשקייטן אנטקעגן די תורה.


מיר געפינען אין די גמרא (ברכות כח:): "כְּשֶׁחָלָה רַבִּי אֱלִיעֶזֶר נִכְנְסוּ תַּלְמִידָיו לְבַקְּרוֹ", ווען דער הייליגער תנא ר' אליעזר איז געווארן נישט געזונט, זענען די תלמידים אריין געגאנגען צו אים און געבעטן: "לַמְדֵנוּ אוֹרְחוֹת חַיִּים וְנִזְכֶּה בָהֶן לְחַיֵי הָעוֹלָם הַבָּא", רבי, לערן מיט אונז א וועג ווי אזוי מיר וועלן זוכה זיין דורך דעם צו עולם הבא, האט דער הייליגע תנא ר' אליעזר זיי געזאגט: "הִזָּהֲרוּ בִּכְבוֹד חַבְרֵיכֶם", געבט אכטונג אויף דעם כבוד פון א צווייטן, "וּמִנְעוּ בְּנֵיכֶם מִן הַהִגָּיוֹן", זאגט רש"י אויף דעם: "לֹא תַּרְגִּילוּם בַּמִּקְרָא יוֹתֵר מִדַּאי", איר זאלט נישט לערנען מיט די קינדער אסאך מקרא; נאך האט ר' אליעזר געזאגט: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", נעמט אייערע קינדער זיי זאלן זיצן ביי די הייליגע חכמים.


דעריבער זענען געווען צדיקים וואס האבן אויסגעשטעלט דעם סדר פון חדר נישט צו לערנען נ"ך; ווידעראום זענען געווען צדיקים וואס האבן איינגעפירט אז מען זאל יא לערנען נ"ך, ווי למשל דער הייליגער סאטמארער רב זכותו יגן עלינו האט יא געהייסן לערנען נ"ך אין די חדרים, און אזוי פירן זיך אסאך תלמוד תורה'ס, און אזוי פירט מען זיך ביי אונז אין די ברסלב'ער תלמוד תורה.


דער עיקר דארף מען געדענקען אז אויב מען וויל זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג מען זאל האבן קינדער צדיקים יראי אלקים.


אודאי ווייסטו די מעשה אז מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן פאר גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#111 - זוכה געווען צו ענדיגן צום ערשטן מאל חמשה חומשי תורה
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען פאר אייך, אז אין אייער זכות האב איך זוכה געווען, יעצט ביי די 58 יאר, צו ענדיגן די ערשטע מאל חמשה חומשי תורה שנים מקרא ואחד תרגום. מיט א יאר צוריק פרשת שמיני האב איך געהערט פון אייך א שיעור אז מ'קען אנהויבן מעביר סדרה זיין פון זונטאג, מ'קען איינטיילן די פרשה אויף די טעג פון די וואך, און דאן האב איך אנגעהויבן מעביר סדרה זיין יעדן טאג, און יעצט בין איך זייער פרייליך אז כ'האב זוכה געווען צו ענדיגן א גאנצע יאר. הלואי זאל מען דאס אויסלערנען אין אלע ישיבות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט יעדן טאג די הייליגע תורה; א מענטש וואס לערנט תורה - דער לעבט א לעבן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ח, לה): "כִּי מֹצְאִי מָצָא חַיִּים", ווער עס לערנט דער לעבט א לעבן; נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט פון רבינ'ס סדר דרך הלימוד וואלטן אלע געלערנט, יעדער איד וואלט גענומען א משניות און געזאגט א פרק נאך א פרק און יעדער איד וואלט אנגעהויבן ש"ס כסדרן אפילו אן פארשטיין. דער סיבה פארוואס זייער אסאך בחורים און אברכים לערנען נישט, איז ווייל זיי האבן נישט קיין מח צו לערנען, זיי זענען נעבעך אראפ געפאלן אין עבירות און זייער מח איז זיי שוין אויסגעברענט; ווען זיי וואלטן ווען געוואוסט פונעם סדר דרך הלימוד, אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "לְעוֹלָם לִיגְּרִיס אִינִישׁ, וְאַף עַל גַּב דִמְּשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט; ווען מענטשן וואלטן געוואוסט פון דעם וואלט יעדער איינער געלערנט תורה.


אפילו א מענטש זאל האבן אלע געלט און אלע תענוגים פון די גאנצע וועלט, וועט ער נישט זיין פרייליך און זאט אזוי ווי דער וואס לערנט תורה, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי ג, טו): "יְקָרָה הִיא מִפְּנִינִים, וְכָל חֲפָצֶיךָ לֹא יִשְׁווּ בָהּ", די תורה איז טייערער פון אלע טייערע דיימאנטן, און אלע תענוגים וואס איז דא אויף דער וועלט קען מען נישט צוגלייכן צו די תורה; עס איז נישט דא קיין בעסערע זאך ווי לערנען תורה. תורה מאכט זאט דעם מענטש; מען ווערט פרייליך און מען הייבט אן לעבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#110 - פארוואס ציעט מיר מער צו ליינען צייטונגען אין מיין איבריג צייט, ווי צו לערנען תורה?
חינוך הילדים, לימוד התורה, מלמדים, היטן די צייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אלס מלמד א גאנץ יאר, און ווען ס'קומט חול המועד האב איך אביסל וואקאציע, עס ציעט מיר זיך אביסל אויסצורוען און ליינען צייטונגען און מאגאזינען, פארשטייט זיך נאר כשר'ע, אבער עס ציעט מיר נישט צו לערנען, מיין ווייב מוטשעט מיר איך זאל גיין לערנען כאטש פאר צוויי שעה א טאג, ווי אזוי קען איך מאכן אז ס'זאל מיר ציען צו לערנען?


יישר כח.


מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) דארף מען שוין נישט קיין עצות פון קיינעם צו באקומען א געפיל צו לערנען ווייל עס הייבט אן ציען צום לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צז, ג): אויפן פסוק (בראשית מח, טז): "וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ", יעקב אבינו האט געבענטשט יוסף ער זאל זיין ווי די פיש וואס לעבן אין וואסער, זייער גאנצע עקזיסטענץ איז וואסער, מיט דעם אלעם, ווען עס הייבט אן רעגענען שווימען זיי אלע ארויף און ווילן כאפן א פרישע טראפ פון די רעגן וואסער. אזוי אויך זענען די אידן, זייער גאנצע לעבן איז נאר תורה, מיט דעם אלעם ציט זיי יעדן טאג צו לערנען נאך און נאך תורה.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר, ווייל ווען דו וואלסט ווען גענומען דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" וואלסטו געהאט סיי דער וועלט און יענער וועלט; מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס וויל דאס נישט טועם זיין. "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב (תהלים לד, ט):" - נעם א משניות און הייב אן זאגן פרק נאך פרק, א מסכת נאך א מסכת, דו וועסטו שפירן עפעס וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געשפירט, מען הייבט אן שפירן א טעם אין לעבן, עס הייבט אן ציען דעם מענטש צו נאך און נאך תורה, בפרט אז מען לערנט אסאך משניות, דאס האט אין זיך א כח אז עס ברענגט אריין א גליסטעניש צו לערנען די גאנצע תורה.


וואס וועסטו האבן פון ליינען צייטונגען? דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק ליצנות און איין גרויסער בלאף; די ציל פון א צייטונג איז נאר צו ווייזן (צפניה ב, טו): "אֲנִי וְאַפְסִי עוֹד", איך, איך און נאכאמאל איך, און עולם גולם שטייט און ליינט דאס בשעת מען כאפט נישט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך און מען האט גארנישט דערפון, דאס איז חוץ דעם וואס עס נעמט אוועק דאס יראת שמים פונעם מענטש.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין טאטע שליט"א האט קיינמאל נישט געלאזט אריין ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג; שבת האב איך געזען מיין טאטע שליט"א נאר לערנען און פארברענגען מיט די קינדער, איך האב נישט געוואוסט בכלל אז עס איז דא צייטונגען ביז איך בין געפארן לערנען אין ישיבה.


בפרט אז דו ביסט א מלמד א גאנץ יאר דארפסטו דאך אכטונג געבן וואס דו ליינסט; וויי פאר די קינדער וואס זייער מלמד איז אנגעליינט מיט ליצנות פון צייטונגען, דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק שקר, לשון הרע, רכילות, ליצנות, דברים בטלים און דברים של מה בכך וכו' וכו'; אודאי לייגן זיי אריין דברי תורה, ווייל אזוי קען מען פארנארן אידישע קינדער. מען לייגט טאקע אריין שיינע מוסר השכל מיט כלומר'ישע מוסר וחסידות, אבער ווער זענען די שרייבערס? פיסטע יונגען וכו' וכו'. ווען דו וואלסט געוואוסט ווער די שרייבערס זענען, וואלסטו געשריגן: "געוואלד! די לצים פירן כלל ישראל!" עס זיצן פוסטע יונגען, זיי דארפן אנפילן א צייטונג מיט הונדערטער בלעטער, שטייען זיי און מאכן ליצנות פון כלל ישראל, ליצי ליצנות און עולם גולם קויפט עס; קיינער ווייסט נישט פארוואס, קיינער טראכט שוין נישט אליינס, נאר וואס דער שרייבער שרייבט - דאס איז דער שכל הישר.


וואס האבן די שרייבערס געטון פארן שרייבן זייער ארטיקל - געלערנט אור החיים הקדוש? געזאגט תהלים? זיי זענען געזעצן און געליינט רחמנא לצלן זאכן וואס א איד טאר נישט ליינען, דאס ליינסטו? און דאס גייסטו איבערגעבן פאר ריינע קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא?!


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט א קלוגע ווייב וואס וויל אויפשטעלן מיט דיר אן ערליכער שטוב, זי וויל דו זאלסט אביסל לערנען, זי וויל אז די קינדער זאלן אויפוואקסן אין א שטוב וואו דער טאטע לערנט. אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" קען מען לערנען אין שטוב; מען דארף נישט קיין חברותא, נאר מען זיצט אין שטוב און מען לערנט אויפן קול. די ווענט ווערן אנגעזאפט מיט די זיסע גמרא ניגון, די ווענט שרייען ארויס 'דא וואוינט אן ערליכער איד', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית יא.): "בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם וְקוֹרוֹת בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם מְעִידִים בּוֹ", די ווענט פונעם שטוב זאגן עדות וואס עס טוט זיך אין שטוב; די דאך שרייט ארויס וואס דא טוט זיך, אזוי ווי עס שטייט (חבקוק ב, יא): "כִּי אֶבֶן מִקִּיר תִּזְעָק, וְכָפִיס מֵעֵץ יַעֲנֶנָּה", די קינדער וואקסן אויף מיט א טאטע וואס לערנט, די מאן ווערט חשוב אין זיין ווייבס אויגן און אלעס טוישט זיך צום גוטן.


ווער עס לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" דער לערנט יעדן טאג; ביי אים איז נישט קיין חילוק צי עס איז חול המועד צו ערב יום טוב, צי עס איז פורים צי ווען אימער, יעדער לערנט זיך זיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג, אבער אז מען וויל נישט איינבייגן דעם קאפ פארן רבי'ן, מען וויל נישט לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד", דעמאלט האט מען יעדן טאג אן אנדערער תירוץ; היינט איז חול המועד, מארגן איז יום טוב, נאכדעם דארף מען אוועק פאקן דעם יום טוב וכו', נאכדעם האב איך א שמחה, נאכדעם האט מיין חבר א שמחה וכו' וכו' און דערווייל גייט אריבער כמה וכמה שנים אן קיין תורה.


פאלג דעם רבי'ן, נעם א משניות און הייב אן מסכת ברכות, גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אויפן קול אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, אזוי זאלסטו טון ביז דו וועסט ענדיגן א מסכת, נאכדעם גיי נישט איבער די מסכת, נאר גיי צום קומענדיגן מסכת ביז דו וועסט ענדיגן א סדר, ווען דו ענדיגסט א סדר זאלסטו ווייטער זאגן פרקים ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה, נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאך אמאל משניות וכו' וכו', אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן.


אזוי זאלסטו אויך טון מיט גמרא; הייב אן ש"ס, נעם א מסכת ברכות און הייב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא. היינט זענען דא גמרות מנוקד, אפילו איינער וואס קען נישט קיין עברי קען אויך זוכה זיין צו לערנען די הייליגע גמרא; זאג א דף נאך א דף ביז דו וועסט ענדיגן דעם גאנצע מסכת, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין כסדרן ביז דו וועסט ענדיגן ש"ס.


וואס זאל איך דיר זאגן, איינמאל דו וועסט טועם זיין דעם "סדר דרך הלימוד" וועסטו שוין נישט דארפן קיינעם אויפן וועלט, דו וועסט נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענע וועלט. אזוי ווי דער רבי האט איינעם גע'מוסר'ט (שיחות הר"ן, סימן יז): "מַדּוּעַ לֹא תִּלְמַד? מַה תַּפְסִיד בָּזֶה הֲלֹא תְּקַבֵּל עוֹלָם הַבָּא עַל הַלִּמּוּד?!", פארוואס לערנסטו נישט? דו וועסט דאך באקומען עולם הבא פאר דיין לערנען? נאכדעם האט אים דער רבי געזאגט: "וְאֵין צָרִיךְ לוֹמַר, כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד, אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא, רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", און איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו שפירן א ליבשאפט צו די תורה, וועסטו שוין נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענער וועלט, דו וועסט נאר וועלן לערנען נאך און נאך.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט אנגעהויבן לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן.

#109 - איך האב געענדיגט די פערטע מאל משניות, ש'כח!
לימוד התורה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, צו ענדיגן די פערטע מאל ששה סדרי משנה.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס. נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן.


יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב אזא הנאה צו הערן ווי דו פלייסט זיך אין לערנען די הייליגע תורה, בפרט אין לימוד משניות, און דו האסט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין דעם פערטן מאל ששה סדרי משנה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען בזכות די וואס לערנען משניות; דאס זעלבע וועט זיין מיט דיין פריוואטע גלות, דו וועסט זוכה זיין ארויס צו גיין פון דיין גלות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב.): אויפן פסוק (תהלים סח, ז): "מוֹצִיא אֲסִירִים בַּכּוֹשָׁרוֹת", אז דער אייבערשטער נעמט ארויס בחורים און מיידלעך פון זייער תפיסה און ער מאכט שידוכים; בזכות לימוד משניות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


שטארק דיר און זיי ממשיך צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן (שיחות הר"ן, סימן עו). אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.


עס איז נישט דא נאך א זאך וואס מאכט פרייליך דעם מענטש אזוי ווי תורה; א מענטש וואס לערנט תורה דער איז רייך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): אויפן פסוק (ישעיהו ג, ז): "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה" – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא איז דער גרעסטער ארימאן; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (נדרים מא.): "אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארימאן? דער וואס האט נישט קיין שכל; א מענטש וואס טראכט נישט פון תכלית, דער איז אן ארימאן, ווען א מענטש לערנט נישט קיין תורה יעדן טאג און טוט נישט קיין מעשים טובים, ווען ער וועט אוועק גיין פון דער וועלט וועט ער זיין ארים, ווייל אין בית החיים נעמט מען נישט מיט קיין געלט מיט הייזער, דארט נעמט מען מיט נאר תורה ומעשים טובים, דערפאר זע אריינצוכאפן אביסל תורה יעדן טאג.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס תורה טוט פארן מענטש; אפילו א מענטש זאל זיין רחמנא לצלן אין שאול תחתית, אויב ער נעמט אויף זיך צו לערנען יעדן טאג תורה, וועט ער ארויס גיין פון אלע שלעכטס וואו ער איז אריין געפאלן און דער אייבערשטער וועט אים מוחל זיין אויף אלע זיינע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה – דאס הייסט ער נעמט זיך פאר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה – זאגט דער אייבערשטער: "רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#108 - כ'האב שוין אלעס געטון, פארוואס האב איך נאכאלץ נישט געטראפן מיין שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, שמחה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 24 יאר, איך בין געוואויר געווארן פונעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד ביי די 16 יאר, זייט דעמאלט איז נאכנישט דורך א וואך וואס איך האב נישט מעביר סדרה געווען, און אויסער דעם האב איך געלערנט אסאך אנדערע לימודים, איך האלט שוין ביים ענדיגן אי"ה די 92'סטע מאל ששה סדרי משנה, איך האב שוין געענדיגט מדרש רבה, תנחומא, ספרא, ספרי, מכילתא, ספרי זוטא, און איך האב שוין געלערנט צוויי מאל ד' חלקי שלחן ערוך און תוספתא. און אין די לעצטע פאר יאר האב איך ב"ה זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה.


מיין גאנצער חיות וואס האלט מיר פריש איז נאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויך האלט איך מיט יעדן טאג די גמרא שיעור פונעם ראש ישיבה. א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


און יעצט צום ענין, איך וויל שוין חתונה האבן, שוין זייט די 17 יאר זאג איך יעדן טאג די תפלות פון ספר "מציאת הזווג", איך האב שוין אויסגעזאגט גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע, און איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות אויף מיר און מיר שיקן מיין שידוך, ווייל איך האלט עס מער נישט אויס. איך ווער עלטער און עלטער, און איך הויב שוין אן מורא צו האבן אז איך וועל שוין קיינמאל נישט חתונה האבן.



אפשר קענט איר מיר געבן חיזוק און אן עצה וואס איך דארף צו טון.


חיים


תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה; עס איז א פארגעניגן צו הערן פון דיר אז דו גייסט יעצט מסיים זיין די צוויי און ניינציגסטער מאל ששה סדרי משנה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאסירט ווען א מענטש לערנט משניות; משניות טוישט דעם מענטש צו זיין ערליך. אזוי אויך איז "מִשְׁנָה" די אותיות "מְשַׁנֶה", ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן. משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע און פון אלע שלעכטס, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות פון (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון אלע פראבלעמען וואו דער מענטש איז נעבעך אריין געפאלן.


איך בעט דיר זייער טייערער חיים נרו יאיר, שטארק דיר און האב בטחון אינעם אייבערשטן. מיר דארפן אויסווארטן אויף אונזער ישועה און מען טאר זיך נישט פארלירן און האבן קשיות חס ושלום. מיר דארפן גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א מורא'דיגער פונקטליכקייט, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס. דער אייבערשטער מאכט שידוכים און נאר צו אים דארפן מיר זיך ווענדן ווען מיר דארפן א ישועה און מיר דארפן אויסווארטן ביז די ישועה קומט אן.


אסאך מאל פרעגן בחורים: "פארוואס גייט מיר נישט קיין שידוך, בשעת אלע מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט וכו'"; וויסן זאלסטו אז דאס איז נישט קיין נייע זאך, מיר געפונען דאס שוין ביי יוסף הצדיק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג"; יוסף הצדיק וואלט אויך געקענט פרעגן: 'פארוואס האב איך נישט קיין שידוך ווען אלע מיינע ברודער האבן שוין זייער שידוך', נאר וואס האט יוסף הצדיק געטון? ער האט זיך מחזק געווען. אפילו ער האט געהאט ביטערע שווערע נסיונות; מען האט אים איינגעשפארט אין תפיסה פאר גארנישט און פאר נישט, ער איז געווען איינער אליין אין א פרעמדע לאנד וכו' וכו', מיט דעם אלעם האט ער זיך מחזק געווען, ער האט געטאנצן אין תפיסה און ער איז געווען לוסטיג און פרייליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז): אויפן פסוק (תהלים לא, ח): "אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו' -  זֶה יוֹסֵף", עיין שם.


דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין זיווג; נאר דערהאלט זיך און לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן. די שלעכטע מחשבה וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר אז דו טראכסט: 'איך וועל קיינמאל נישט חתונה האבן' - דאס טראכטן אלע בחורים. דאס איז דער וועג פון דעם יצר הרע ווי אזוי ער צוקלאפט א בחור אדער א מיידל; ער מאכט זיי טראכטן שלעכטע מחשבות: 'איך וועל קיינמאל נישט טרעפן א שידוך', 'קיינער וועט מיר נישט וועלן', 'איך וועל בלייבן אליינס'.


דער יצר הרע ברענגט אריין די אלע שלעכטע מחשבות אין בחורים ווייל ביי אים איז א שמחה ווען א בחור ווערט בעצבות. דער נביא ירמיהו קלאגט (איכה א, טו): "קָרָא עָלַי מוֹעֵד לִשְׁבֹּר בַּחוּרָי", די ראשי תיבות פון די ווערטער איז עמל"ק און בלע"ם; ביי זיי איז א גאנצער יום טוב ווען נאך א בחור איז צובראכן. ווייל ווען א מענטש איז בעצבות איז ער מער נישט בעל הבית אויף זיך, דעמאלט האט דער ס"ם א גוטער געלעגנהייט אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן.


זע צו גיין אנגעטון שיין צוזאמגענומען; בדרך כלל ווען א בחור ווערט עלטער הייבט ער זיך אן נאכצולאזן וכו'. בעט איך דיר זייער, געב אכטונג אויף דיר און זע אנצוטון פרישע קליידער יעדן טאג. דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף די קליידער; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "אויב מען גייט מיט צעריסענע און שמוציגע קליידער זענען די קליידער תובע דעם מענטש 'פארוואס האסטו נישט אכטונג געגעבן אויף אונז?'" דערפאר זאלסטו אכטונג געבן צו גיין מיט זויבערע קליידער, מען טאר נישט גיין מיט קליידער מער ווי איין טאג. אויך זאלסטו גיין אין שויער יעדן טאג; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נ:): "רוֹחֵץ אָדָם פָּנָיו יָדָיו וְרַגְלָיו בְּכָל יוֹם בִּשְׁבִיל קוֹנוֹ"; זאלסט זיך נישט נאכלאזן און זאלסט גיין צוזאמגענומען דיין בארד און פיאות וכו'.


אויב דו וועסט זיך האלטן פריש וכו' און דו וועסט ארום גיין מיט א שמייכל וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך; דו וועסט בקרוב חתונה האבן און מגדל זיין בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אמן.

#107 - ווי אזוי קען איך זיין ריין פון פגם הברית?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן וואס איך קען טון צו זיין ריין פון פגם הברית. איך האב מיך שוין פרובירט פארצונעמען אלע סארט קבלות צו זיין ערליך, און איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטער דערפאר, אבער איך קען נישט ארויס קריכן דערפון, וואס איז די עצה? וויאזוי שטארקט מען זיך אויף די יצר הרע?


א גרויסן דאנק אויף אלעס און אלעמען.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם) "כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים. אזוי אויך "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן ר"מ, סעיף יד): ווי מער א מענטש איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט ער אפגעשוואכט און פארעלטערט, מען פארלירט די כוחות, אזוי אויך "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערן אים אפגעשוואכט, עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון זיין מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פונעם קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפן מענטש; זעט מען פון דעם וואס די עבירה ברענגט אויפן מענטש בגשמיות.


נאכדעם האט דער מענטש שאדן ברוחניות, אז ער פארלירט אלסדינג; ווען א מענטש זינדיגט אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט ער דעם טעם פון דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית, אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", ווער עס איז פוגם בברית, קען נישט דאווענען.


נאך א שאדן, אז מען ווערט זייער דעפרעסט; א מענטש כאפט נישט פון וואס ער איז אזוי בעצבות, אבער באמת קומט זיין דעפרעסיע און צעבראכענקייט ווייל ער זינדיגט אין פגם הברית, די עבירות מאכן אים דעפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער אין די תורה: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", פון די עבירה קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך, און שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן.


די עצה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע געוואוינהייט - איז תפילה והתבודדות, מען דארף שרייען צום אייבערשטן אז מען זאל קענען ארויסגיין פון די ביטערע עבירה.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה, דאס זאלסטו זאגן יעדן טאג פארן אייבערשטן, נישט איין מאל און נישט צוויי מאל, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר; איך וויל זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה, אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויס צו רייסן דערפון. הייליגער באשעפער, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריקפאלן, איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר. הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, איך גיי ארום מיט נארישע געדאנקען, איך רעד מיר איין אז דו דארפסט מיר נישט, איך בין אזוי דערשראקן אז איך קען שוין נישט תשובה טון".


אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן; זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער וואו דו ליגסט.


בדרך כלל ווער עס פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית האט נישט קיין מח צו לערנען בעיון, דערפאר זאלסטו זאגן יעדן טאג משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, ווייל דיין מח איז אויסגעריסן פון אזויפיל זינדיגן, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, זאלסט זאגן פרקים משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש. "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, און ער ווערט ריין.


משניות האט א סגולה אז דאס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; דורכדעם וואס מען זאגט משניות, נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות, איז דאס א מורא'דיגע זאך; ח"י פרקים משניות יעדן טאג מאכט אז דער מענטש זאל ווערן לויטער, עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש, ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין דער עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', און ווען מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#106 - איך ווייס נישט קיין סאך הלכות
הלכה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, בין איך געוואויר געווארן אזויפיל זאכן אין אידישקייט וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט ביז יעצט, פון גרויסע זאכן ביז קליינע פרטים.


איך בין א געווענליכער בחור, איך בין אויפגעוואקסן אין א געווענליכע אידישע שטוב, אבער ערשט לעצטנס האב איך אנגעהויבן אויפפאסן ווי ווייניג איך ווייס ווען עס קומט צו דאווענען אדער צו הלכות. למשל ביז צוויי יאר צוריק האב איך נישט געוואוסט אז מוצאי שבת זאגט מען אתה חוננתנו ביים שמונה עשרה, נאך א ביישפיל וואס איך בין ממש לעצטנס געוואויר געווארן וועגן די פיר פרשיות וואס מ'דארף זאגן מיט די תפלין, ווי אזוי מ'דארף זיך בייגן ביים אויסטרעטן פון שמונה עשרה, אויף וועלכע האנט צו פאלן ביי תחנון, און אזוי ווייטער נאך פארשידענע הלכות וואס איך האלט אין איין געוואויר ווערן.


איך הער אסאך מאל ביי די שיעורים ווי איר פרעגט פון די בחורים וואס מען זאל רעדן ביים שיעור, אפשר וואלט געווען כדאי צו לערנען יעדן טאג אביסל הלכות ביים שיעור, איך בין זיכער אז איך וועל זיך אויסלערנען דערפון גאר אסאך, און זיכער וועלן אנדערע אויך הנאה האבן דערפון.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר, איך האב באקומען גאר אסאך פון אייך, איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן ווי אזוי מיין גאנצע לעבן האט זיך מיר געטוישט דורך אייערע שיעורים. דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט אייער הייליגע ארבעט ארויסצוהעלפן אידישע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


עס איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל הלכה; היינט זענען דא א שפע פון ספרים אויף הלכה, עס קומען כסדר ארויס ספרים אויף הלכות אין אלע שפראכן, אויף אידיש, אויף ענגליש וכו', כדי אז די מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין לשון הקודש זאלן אויך קענען הלכות און וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "צוויי זאכן דארף יעדער איד טון יעדן איינציגסטן טאג"; די ערשטע זאך וואס דער רבי פארלאנגט פון יעדן איד, אז מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה, און דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן צוויי שיעורים אין הלכה, איין שיעור אין שלחן ערוך הקטנים - דאס איז "מחבר און רמ"א", און נאכדעם נאך א שיעור אין שלחן ערוך הגדולים - א שיעור אין שלחן ערוך מיט אלע פוסקים וואס זענען געדרוקט ארום דעם שלחן ערוך, טורי זהב, מגן אברהם וכו'; קוק דער לשון וואס דער רבי זאגט: "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה, אפילו נישט כסדרן וואו ער האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


הלכה איז געווען ביים רבי'ן דער וויכטיגסטער שיעור. דער רבי האט געזאגט (שם) אז הלכה קומט פאר אלע אנדערע שיעורים, "כִּי עַל יְדֵי חֲטָאִים נִתְעָרֵב טוֹב וָרַע", ווייל דורכדעם וואס א מענטש זינדיגט, מישט ער אויס גוטס מיט שלעכטס; ער ווייסט נישט וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, אויף שלעכטס זאגט ער אז דאס איז טוב, און אויף גוטס זאגט ער אז דאס איז רע; די עצה אויף דעם איז, צו לערנען הלכה, "וְעַל יְדֵי לִמּוּד פּוֹסֵק, שֶׁמְּבָרֵר הַכָּשֵׁר וְהַפָּסוּל הַמֻּתָּר וְהָאָסוּר הַטָּהוֹר וְהַטָּמֵא, עַל יְדֵי זֶה נִתְבָּרֵר וְנִפְרַשׁ הַטּוֹב מִן הָרָע", ווייל ווען מען לערנט הלכה זעט מען גלייך וואס איז גוטס און וואס איז שלעכטס, וואס מעג מען טון און וואס טאר מען נישט טון.


עס איז באוואוסט דעם סיפור אז א איד איז געקומען צום הייליגן רבי'ן מיט זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן, האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: "איר מעגט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי איר ווילט (דאס מיינט, איר קענט זאגן אלע סארט פשטים אין מיינע תורות), מיט איין תנאי, אז איר זאלט נישט אפטרעטן פון א סעיף קטן אין שלחן ערוך"; ווייל ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר מען זאל נישט אוועק גיין פון הלכה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): אויפן פסוק (תהילים פז, ב): "אֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב", אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען לערנט הלכה מער ווי אלע אנדערע לימודים, ווייל "מִיּוֹם שֶׁחָרַב בֵּית הַמִּקְדָּשׁ, אֵין לוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּעוֹלָמוֹ, אֶלָּא אַרְבַּע אַמּוֹת שֶׁל הֲלָכָה בִּלְבַד", פון ווען מיר האבן פארלוירן דעם בית המקדש - דעם אייבערשטנ'ס הויז, וואוינט דער אייבערשטער דארט וואו מען לערנט הלכה; דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג הלכה.


די צווייטע זאך וואס דער רבי האט געזאגט אז יעדער איד דארף טון יעדן טאג איז איז "התבודדות"; מען זאל רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, אויף מאמע לשון, מען זאל אלעס פארציילן פארן אייבערשטן; אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ וכו', און וויפיל מאל מען וויל זיין גוט וכו' גייט עס נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - סדר דרך הלימוד, חינוך הבנות, לימוד ספרי רבינו, שיעורים בארץ ישראל
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, לעצטנס בין איך זיך זייער מחזק מיט אייערע געוואלדיגע שיעורים, איך הער אויס יעדן טאג עטליכע שעה פון די דרשות, און איך וויל אייך דאנקען פון טיפן הארצן פאר אלעס וואס איר העלפט מיר אזוי שטארק ארויס, און איך בין זיכער אז נאך פילע אידן ווערן געהאלפן און מחוזק פון די דרשות און שיעורים.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן:


א. אזוי בין איך בין א כולל אינגערמאן, און איך לערן צוויי סדרים אין כולל במשך דעם טאג, וויל איך וויסן אויס דער "סדר דרך הלימוד" פון רבי'ן איז אויך נוגע פאר מיר, אדער איז דאס נאר פאר מענטשן וואס לערנען נישט א גאנצן טאג.


ב. עס איז מיר לעצטנס געבוירן געווארן מיין ערשטע מיידל למזל טוב, וויל איך וויסן ווען עס הויבט זיך אן די חינוך ביי מיידלעך, און ווי אזוי איז מען זיי מחנך, לויט די השקפה פון רבי'ן און פון מוהרא"ש.


ג. אזוי ווי איך האב אנגעהויבן מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, וויל איך וויסן וועלכער ספר פון רבי'ן זאל איך קודם לערנען.


ד. רצונינו לראות את מלכינו, ס'איז דא דא אין ארץ ישראל הונדערטער און טויזנטער אידן וועלכע ווארטן בכליון עינים אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל דא קומען געבן שיעורים און זיי מחזק זיין. איך בעט אייך בכל לשון של בקשה אז איר זאלט קומען אביסל דא קיין ארץ ישראל צו מחזק זיין די אידן פון דא.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


פנחס מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד פנחס מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זיין אן ערליכער איד. נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, מיט תכלית. דער רבי געבט אונז א וועג ווי מיר קענען זוכה זיין דורכדעם צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (עיין שיחות הר"ן סימן עו).


דער דרך הלימוד פון רבי'ן איז א דבר השוה לכולם; סיי פאר א גוטע קאפ, און סיי פאר א שוואכע קאפ. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן מו): "איך קען ווייזן פארן גרעסטן למדן אז ער פארשטייט גארנישט, און איך קען ווייזן פארן שוואכסטן קאפ אז ער קען יא לערנען".


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו); אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך בשעת מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען. זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'. אבער אז מען געוואוינט זיך צו, צו לערנען שנעלערהייט, וועט מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, מען וועט קענען דורך לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, זוהר הקדוש וכו'.


דאס וואס דו פרעגסט צי דער סדר דרך הלימוד איז אויך פאר כולל אינגעלייט אדער נאר פאר שוואכע בחורים; דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן איז פאר יעדן איינעם, אדרבה! דער למדן און דער מתמיד, ווען זיי נעמען דעם רבינ'ס וועג פון לערנען, קענען זיי אנקומען צו גאר גרויסע זאכן. וואס זאל איך דיר זאגן, די אלע וואס האבן גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות, זיי האבן אנגעפאנגען צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, האבן זייער שיין מצליח געווען.


דאס וואס דו פרעגסט פון ווען עס הייבט זיך אן חינוך וכו'; מוהרא"ש זאגט: "חינוך הייבט זיך אן נאך פאר די קינדער ווערן געבוירן". קינדער וואס זעען ווי די עלטערן פירן זיך אויף ערליך, איידל וכו' וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן. א טאטע וואס גייט יעדן טאג אין שול דריי מאל א טאג, זעען דאס די קינדער, און זיי וועלן דאס נאכמאכן. אבער א טאטע וואס דאווענט נישט, אדער ער טוט א טובה ער שטעלט זיך אין שטוב ביים וואנט און מורמעלט אפאר ווערטער וכו' וכו', אן די בגדים וכו', וועלן די קינדער נישט גיין דאווענען; מען געבט זיך איין דריי און די קינדער זענען גרויס, דעמאלט קען מען נישט אנכאפן א קינד און אים שלעפן ביים אויער און שרייען: 'גיי דאווענען!' נאר אז א קינד זעט ווי דער טאטע האט א געפיל צום דאווענען, ער קומט אין שול און דאוונט, ער רעדט נישט ביים דאווענען, אזא קינד וועט אויך דאווענען. אבער אז דער קינד זעט ווי דאס גאנצע דאווענען איז א ליצנות ביי זיין טאטע, וועט ער אויך נישט דאווענען.


בנוגע וואסערע ספרים דו זאלסט אנהייבן לערנען; מאך זיך א שיעור אין שיחות הר"ן, און אין חיי מוהר"ן, דאס איז גרינגער צו פארשטיין.


דאס וואס דו פרעגסט ווען איך קום אויף ארץ ישראל וכו'; עס איז זייער שווער פאר מיר איבער צו לאזן די ישיבה, ביי מיר איז דאס די חשוב'סטע זאך - זיצן מיט בחורים און זיי מחזק זיין. קיינער פארשטייט נישט קיין בחורים, קיינער ווייסט נישט זייער צעבראכענע הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין ערליך און עס גייט זיי אזוי שווער.


איך האף אם ירצה ה' בקרוב צו קומען אויף א צוויי דריי טעג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - ווי אזוי פירט מען א ישיבה מיט בחורים?
לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך געבן א גרויסן דאנק פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די אלע חיזוקים, דאס איז ממש מחיה אידישע קינדער, דאס איז א ספעציעלער כח וואס איר האט פון הימל.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע פראגעס איבער אייער ישיבה, אזוי ווי איך האב אויך א ישיבה, און איך לערן זיך פון אייך ווי אזוי צו רעדן צו בחורים.


איז דא ביי אייך אין ישיבה תקנות וואס מ'טאר נישט עובר זיין אויף דעם? וואס טוט איר ווען א בחור פאלט אין קדושה, מאכט איר א שווייג, אדער איר ווארפט ארויס? דאס וואס מ'זעט ווי די בחורים זיצן אזוי שטיל און הערן אויס מיט דרך ארץ אייערע שיעורים, ווי אזוי מאכט איר דאס?


בקיצור, ווי אזוי האלט מען בחורים? יעדער פון די בחורים האט דאך זיינע אייגענע רצונות, אפשר נעמט איר לכתחלה אריין נאר די בחורים וואס זענען זיך מקבל צו פאלגן אלעס אין ישיבה?


א גרויסן יישר כח.


בעריש

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד בעריש נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו לערנען מיט בחורים תורה ויראת שמים ומידות טובות שוין פאר איבער פיפצן יאר; פינף יאר בין איך געווען א מלמד פאר קינדער פון דרייצן יאר, און יעצט ווערט צען יאר פון ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה "תפארת התורה - היכל הקודש ברסלב".


יעדער בחור וואס וויל קומען לערנען ביי אונז אין ישיבה קען קומען לערנען, ביי אונז איז נישט דא קיין גחזי וואס טרייבט אוועק תלמידים פון ישיבה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף גחזי, אז ער האט נישט קיין חלק לעולם הבא, ווייל ער פעלגט מרחק זיין תלמידים פון אלישע הנביא (סנהדרין קז:).


אשריך ואשרי חלקיך אז איר נעמט צוזאמען בחורים און איר זענט זיי מחזק, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי אז א מענטש טוט פאר א צווייטן איד. אז מען האט רחמנות אויף אידישע קינדער, דאס איז אן אמת'ער מנהיג ישראל; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ז): "מִי שֶׁהוּא רַחֲמָן, הוּא יָכוֹל לִהְיוֹת מַנְהִיג", איינער וואס האט רחמנות, דער קען זיין א רבי, א מנהיג ישראל, "כִּי עִקָּר הָרַחֲמָנוּת הוּא כְּשֶׁיִּשְׂרָאֵל עַם קָדוֹשׁ נוֹפְלִין חַס וְשָׁלוֹם בַּעֲווֹנוֹת רַחֲמָנָא לִצְלָן, כִּי זֶהוּ הָרַחֲמָנוּת הַגָּדוֹל מִכָּל מִינֵי רַחֲמָנוּת", דער גרעסטער רחמנות איז, רחמנות האבן אויף אידישע קינדער זיי זאלן נישט עובר זיין קיין עבירות. ווייל ווען א מענטש טוט עבירות רחמנא לצלן איז ער דער גרעסטער רחמנות, "וְזֶהוּ עִקָּר הָרַחֲמָנוּת, לְרַחֵם עַל יִשְׂרָאֵל עַם קָדוֹשׁ, לְהוֹצִיאָם מֵהַמַּשּׂאוֹי הַכָּבֵד שֶׁל עֲווֹנוֹת". ווען מען נעמט אידישע קינדער און מען שיינט אריין אין זיי אמונה, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז מיט זיי, זיי זאלן זיך אויפהייבן פון זייערע אלטע מעשים און זיך אומקערן צום אייבערשטן – דאס הייסט אז דער מענטש האט רחמנות אויף אידישע קינדער; דערפאר, אז איר נעמט צוזאמען בחורים איז דאס זייער א גרויסע זאך אויבן אין הימל ביים אייבערשטן.


דאס וואס איר פרעגט, וואס דארף מען טון ווען מען זעט א בחור פאלט בקדושה; ערשטנס, ווען א ראש ישיבה טרעפט זיך אז אין זיין ישיבה געפונט זיך א קראנקער בחור וואס האט שייכות מיט אנדערע בחורים וכו', דאס איז א גרויסער סכנה פאר די אנדערע בחורים, און פון אזא בחור דארף מען זייער שנעל פטור ווערן. ווען א בחור טוט עבירות מיט א חבר וכו', אזא איינעם רופט מען נישט מיט אן איידעלע טיטל "פאלט בקדושה", ווייל איינער וואס טוט מעשי תועבה איז א קראנקער מענטש וואס טאר נישט זיין צווישן קינדער אדער בחורים. ביי דעם איז נישט שייך רחמנות, פארקערט, דאס איז דער ריכטיגער רחמנות, צו ראטעווען אלע אנדערע בחורים, זיי זאלן בלייבן געזונט און נאך וועלן חתונה האבן.


מען דארף אסאך רעדן צו בחורים זיי זאלן אכטונג געבן פון נישט געזונטע מענטשן; מען דארף רעדן אפען צו זיי, עס איז נישט גענוג אז מען רעדט צו זיי מיט רמזים, קינדער און יונגע בחורים פארשטייען נישט קיין רמזים, אז מען רעדט נישט צו זיי אפען זיי זאלן אנטלויפן פון מנוולים, זיי זאלן וויסן אז קיינער קען זיי נישט אנרירן וכו', וועלן זיי פאלן נאכדעם קרבנות פאר די קראנקע בעלי עבירה.


צווייטנס; דאס וואס בחורים גיין אריבער וכו' און זיי האבן זייערע אייגענע נסיונות אין פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, זיי דארף מען מחזק זיין אן א שיעור. ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט ער ביי זיך זייער צעקלאפט, ער שפירט ביי זיך ווי דער אייבערשטער דארף אים נישט, און ער גייט ארום מיט שרעקליכער צער, זיי דארף מען זייער אסאך מחזק זיין.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז ער איז אראפ געקומען אויף דער וועלט נאר צו מחזק זיין בחורים; מוהרא"ש האט געשריבן גוזמאות פון ספרים פאר בחורים, זיי מעודד זיין און מחזק זיין אז זיי זאלן זיך דערהאלטן מיט אלע זייערע כוחות נישט אויף צו געבן. מוהרא"ש האט געשריבן די ספרים: "ספר אוצר הקדושה", "ספר קדושת ישראל", "ספר שמירת הברית"; דאס דארף מען געבן פאר בחורים צו לערנען, דאס וועט זיי אויפלעבן.


די בעסטע וועג איז זיי מחזק זיין ברבים; דאס הייסט, אז מען רעדט אסאך ביי די דרשות דאס גרויסקייט פון תשובה וכו', אז דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען טוט תשובה. אפילו א מענטש איז אראפ געפאלן אין פגם הברית רחמנא לצלן, אויב איז ער זיך מתודה פארן אייבערשטן, איז אים דער אייבערשטער מוחל.


פריוואט איז נישט כדאי צו פאטשקען אין די ענינים; עס איז א טעות פון מנהלים אז זיי רעדן פריוואט וכו', ליידער זענען דא מנוולים וואס זוכן צוטריט צו בחורים, קומען זיי מיט א שלייער כאילו זיי העלפן דעם בחור, זיי מאכן א טבלא (טשארט) און האלטן חשבון מיטן בחור וויפיל מאל ער האט פוגם געווען וכו', וויפיל טעג ער איז ריין וכו'; די זענען גרויסע מנוולים. ליידער זענען בחורים נישט צוגעגרייט און זיי פארציילן זייערע פריוואטע מעשים ה' ירחם.


נישט קיין חילוק צי דאס איז א משגיח, א חברותא אדער א מגיד שיעור וכו', ווער עס קריכט אריין אין יענעמס קישקעס איז א מניוול, איך שרייב דאס אן מורא, ווייל דאס איז דער מציאות.


נישט אזוי ווערט מען נאנט מיט בחורים, און נישט אזוי געוואונט מען זייער הארץ; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אהבה, סימן ז): "כְּשֶׁתְּחַזֵּק אֶת הָאָדָם בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, הוּא יֹאהַב אוֹתְךָ", ווען דו וועסט מחזק זיין א מענטש ער זאל זיך שטארקן און עבודת השם, וועט ער דיר ליב האבן; דאס איז די וועג צו געוואונען בחורים, דאס איז די וועג וואס ברענגט ליבשאפט צווישן א רבי מיט תלמידים.


עס זענען פארהאנען מענטשן וואס זענען עוסק מיט בני הנעורים, זיי מיינען אז מיט דעם וואס זיי וועלן געבן פאר די בחורים זייער קאר צו דרייווען וכו' אדער מתנות, וועט דער בחור אים ליב האבן, ער וועט געווינען ציטרוי צו אים וכו'; אפשר אויף די מינוט האסטו אים געכאפט וכו', אבער נאך א שטיק צייט וועט דער בחור בכלל נישט ארויף קוקן אויף דעם, עס וועט אים נישט אינטערעסירן. די איינציגסטע וועג וואס מאכט אז א בחור זאל ארויף קוקן זיין משגיח, מגיד שיעור, רבי, וכדומה, איז, אז מען איז זיי מחזק צו עבודת השם, מען רעדט צו זיי פאזעטיוו: "דו קענסט יא", "דו וועסט עס באווייזן".


אז איר האט א ישיבה דארפט איר אריין לייגן אין די בחורים זיי זאלן לערנען תורה; דער רבי האט אונז געגעבן א זיסן 'דרך הלימוד' - א וועג צו לערנען פאר אלעמען, פאר יונג און אלט, פאר א גוטע קאפ אדער א שוואכע קאפ (שיחות הר"ן, סימן עו). אויב מען נעמט דעם רבינ'ס דרך הלימוד בתמימות ופשיטות, קען יעדער לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, בלי גוזמא.


דאס וואס איר פרעגט, ווי אזוי עס קען זיין אז די בחורים זיצן ביי די שיעורים מיט גרויס דרך ארץ, עס איז שטיל און מען הערט אויס וואס מען רעדט וכו'; וויסן זאלסטו אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק א): "דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה"; אויב מען וויל מצליח זיין מיט תלמידים דארף זיין דרך ארץ, אז עס איז נישט דא קיין דרך ארץ איז א שאד יעדע מינוט וואס מען זיצט מיט די קינדער אדער בחורים, דאס איז קדמה לתורה. ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד היסודות, דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרין און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל מיט זיי לערנען".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין מיט אייערע תלמידים.

#103 - קען מען אויך זאגן אור החיים הק', אפילו מ'פארשטייט נישט?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

שלום כבוד הרב,


ווי ס'איז ידוע האט כבוד קדושת מהרא"ש געהייסן זאגן משניות, מיין שאלה איז אויב יעדע לימוד איז די זעלבע, ווי למשל לימוד אור החיים הקדוש וואס איז ידוע אלס סגולה ספר וכדו'?


אליעזר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, ח' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אליעזר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאגן משניות האט נישט מוהרא"ש זכרונו לברכה מחדש געווען, זייער אסאך צדיקים האבן געהייסן זאגן משניות. דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן זכרונו לברכה ער זאל יעדן טאג זאגן ח"י פרקים משניות, אויך האט דער רבי געזאגט לכמה אנשי שלומינו זיי זאלן זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג (עיין שיחות הר"ן סימן קפה). אזוי אויך האט דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו געהייסן מען זאל יעדן טאג זאגן ח"י פרקים משניות אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זיין ספר ליקוטי תורה (הדרכה ו): "תֹּאמַר חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת בְּלִי פֵּירוּשׁ בְּכָל יוֹם, כְּדַי שֶׁתִּגְמוֹר בְּכָל חוֹדֶשׁ כָּל הַשִּׁשָּׁה סְדָרִים; כֵּן תִּנְהַג כָּל יְמֵי חַיֶּיך".


וויסן זאלסטו, מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "איך זאג גארנישט ניי, אלעס וואס איך זאג, זאג איך נאר וואס דער רבי האט געזאגט"; ווער עס פלעגט קומען צו די שיעורים וואס מוהרא"ש פלעגט געבן, וועט געדענקען, אז יעדעס מאל וואס מוהרא"ש האט נאכגעזאגט פון רבי'ן, פלעגט ער שטענדיג מזכיר זיין דעם מראה מקום וואו דער רבי זאגט דאס. כמה פעמים פלעגט ער זאגן בשעת ער האט צוגעצייכענט דעם מראה מקום: "איך טו דאס נישט צו ווייזן מיין בקיאות, איך צייכן צו דעם מראה מקום, נאר צוליב דעם, אז מען זאל נישט זאגן אז איך זאג אייגענע זאכן", (כידוע האבן די עמי הארצים פון ברסלב געזאגט אז מוהרא"ש מאכט א נייע שיטה וכו').


דער גאנצער דרך הלימוד וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג רעדן צו אונז איבער דעם, דאס איז דעם רבינ'ס דרך הלימוד. ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווייסט וואס דער רבי האט געוואלט פון אונז, ער וועט דיר גלייך ווייזן פונקטליך וואו דער רבי רעדט פון דאס גרויסקייט פון לימוד התורה - אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט.


ר' נתן שרייבט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז דער רבי האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז אז מען זאל לערנען שנעל, און אפילו מען פארשטייט נישט זאל מען לערנען כסדרן, עיי"ש.


ביי די וועלט איז אנגענומען אז דער ספר הזוהר, דאס איז א גרויסע זאך צו זאגן די ווערטער אפילו מען פארשטייט נישט, אבער נגלות התורה דאס קען מען נישט לערנען נאר אז מען פארשטייט. אבער באמת איז די גאנצע תורה שמות פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז באהאלטן סיי אין נגלה סיי אין נסתר; יעדעס ווארט תורה וואס מען איז זוכה צו לערנען - אפילו מען פארשטייט נישט - איז מטהר דעם מענטש, און עס ברענגט אים נענטער צום אייבערשטן.


דאס וואס דו פרעגסט צי מען קען אויך לערנען ספר אור החיים הקדוש, צי דאס איז מטהר דעם מענטש; דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז דער אור החיים הקדוש הערט תורה פונעם אייבערשטן אליינס. אלע צדיקים האבן געזאגט אז לערנען אור החיים הקדוש איז מטהר דעם מענטש, עס ברענגט יראת שמים.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז ווען מען לערנט שנים מקרא ואחד תרגום יעדן טאג איז גוט צוצולייגן א שטיקל אור החיים הקדוש יעדן טאג, מען זאל זיך אנצייכענען דעם שטיקל וואס מען האט שוין געלערנט, אזוי, במשך אפאר יאר וועט מען זוכה זיין צו מסיים זיין דעם אור החיים הקדוש. דערנאך ווען מען ענדיגט אור החיים הקדוש זאל מען נעמען דעם רמב"ן, יעדן טאג א שטיקל, און זיך אנצייכענען, ביז מען איז זוכה צו ענדיגן דעם פירוש פונעם הייליגן רמב"ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - מיין בחור האט א סמארטפאון, איז זיין תורה עפעס ווערד?
לימוד התורה, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין כמעט זיכער אז מיין בחור האט ליידער א סמארטפאון, יעצט מיין בחור האט צוויי חברותות מיט וועמען ער לערנט יעדן טאג, אבער ס'איז דא מחנכים וואס זאגן אז דאס לערנען איז גארנישט ווערד ווי לאנג ער ווארפט נישט אוועק זיין טעלעפאן, איך האלט אבער אז ער זאל יא כאטש אריינכאפן ווי מער תורה און קדושה, איך וויל וויסן וואס דער ראש ישיבה האלט וועגן דעם.


יישר כח.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז מיר האבן אין אונזער דור א צרה וואס רופט זיך "אינטערנעט", דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער. דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין עבירות, פארלירן די אמונה און יראת שמים רחמנא לצלן. א איד טאר נישט האבן ביי זיך אין שטוב א קאמפיוטער, אדער סיי וואסערע כלי וואס מען קען זיך מחבר זיין צום אינטערנעט, ווייל ביים סוף וועט ער אלעס פארלירן וכו', ער וועט זיך גט'ן און בלייבן אן גארנישט.


דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידליך, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, דער בחור קויפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, דארף ער שוין נישט גיין אין ערגעץ. ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט דארט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף דער וועלט רחמנא לצלן. אין אנהייב זעט עס אויס זייער גוט, עס גלאנצט און עס שמייכלט צום בחור, אבער ווען מען בייסט אריין אין דעם, מען קוקט אפ אלע עבירות, ווערט דער בחור זייער צעקלאפט און צעבראכן, ער וועט פרובירן אלעס אויף דער וועלט אבי צו ווערן פרייליך, אבער גארנישט קען צוריק פרייליך מאכן וכו' ווען מען האט שוין פוגם געווען בפגם הברית רחמנא לצלן.


די סיבה פארוואס זייער אסאך בחורים ווערן אריין געשלעפט אין דראגס (סמים) איז, ווייל זייער לעבן איז זיי נמאס, זיי שפירן ביי זיך טעם מיתה, אפילו זיי זעען אויס פון אינדרויסן ווי עס פעלט זיי גארנישט, אבער אינעווייניג זענען זיי זייער מיואש, דאס מאכט זיי לויפן צו דראגס (סמים) ביז זיי ווערן פון דעם קראנק השם ישמרינו.


קיינער פארשטייט נישט די צער וואס בחורים גייען אריבער, די עלטערן איז דאך אפגערעדט אז זיי פארשטייען נישט די צער פון בחורים און מיידלעך, ווי שטארק זיי ווילן חתונה האבן, זיי ווילן נישט זיין אליין, זיי ווילן אנהייבן זייער לעבן; נאר אפילו סתם מענטשן, ווען זיי זעען ווי א בחור הייבט אן זיך אנטון מאדנע, ער פירט זיך אויף אנדערש ווי אלעמען, ווייסט מען נישט וואס דער פשט איז, ווען דער פשט איז זייער פשוט - זיי ווילן זיין פרייליך, אבער עס נאגט זיי, עס פייניגט פון אינעוויינג, דערפאר טוהן זיי די אלע זאכן.


וואס איז יא דער עצה? דער רבי געבט אונז א עצה, א גרינגע עצה, א זיסע עצה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדען טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האט דער רבי אים געענטפערט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט האבן א קביעות צו לערנען 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד; זעט מען אז תורה קען יעדן איינעם העלפן, און יעדן צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.

#101 - לערנען תורה שבכתב ביינאכט, נעמען רעגירונג'ס הילף פראגראמען
לימוד התורה, פרנסה

תוכן השאלה‎

To my dear rosh yeshiva,


I would like to know, since a lot of times I find myself learning my shiurim at night, besides chumish that I made it a thing to do it with my r”t tfilin (also your credit that I started again wearing it), and once heard that one should not learn tanach or plain Mishna at night, if it’s true and how I should go about it.


I also want to ask about taking programs. I was now removed from my vouchers for my kids, but I really can’t cover without it, but people tell me now when you are young if you take vouchers and you have to watch how much you earn it prevents you from making it big, but I don’t know if I will make it big at all, and will only be left with debts which I don’t want. please advise how I should go about it.


Thanks a million for everything you do with me and with klal yisroel.


Marc 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מארק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע צי מען מעג לערנען "תורה שבכתב" ביינאכט; דער הייליגער אריז"ל זאגט (עיין שער המצות פרשת ואתחנן, דבור המתחיל "והרי") אז מען זאל נישט לערנען תורה שבכתב ביינאכט, אבער די פוסקים זאגן (שאלות ותשובות לבושי מרדכי (סימן קפו); שאלות ותשובות אבני צדק (סימן קב); ועוד) אז אויב מען לערנט מיט רש"י איז זיכער גוט; דערפאר, אז דו ארבעטסט בייטאג און דו דארפסט ענדיגן דיינע שיעורים ביינאכט, ווען דו לערנסט נ"ך זאלסטו עס לערנען מיט רש"י און דעמאלט איז נישט קיין שום פראבלעם.


בנוגע צי דו זאלסט נעמען הילף פון די רעגירונג בכלל, און צי דו זאלסט נעמען הילף פאר שכר לימוד בפרט; עס איז באוואוסט דעם מאמר החכם: "הַהֶכְרֵח לֹא יְגוּנָה", אויב מען איז אין א מצב וואס מען קען נישט אנגיין אינעם טאג טעגליכן לעבן, מען קען נישט צאלן קיין שכר לימוד - איז בכלל נישט קיין שאלה צי מען זאל נעמען הילף פון די רעגירונג, אודאי דארף מען נעמען הילף אז מען זאל קענען באצאלן שכר לימוד; דו קענסט דאך נישט זיין א שיינער איד אויפן חשבון פון די ישיבה וואו דו שיקסט דיינע קינדער. עס זענען דא מענטשן וואס זענען מזלזל אין שכר לימוד, מען לייגט דאס די לעצטע זאך אויפן ליסט פון די הוצאות וואס מען דארף באצאלן.


מענטשן מיינען אז שכר לימוד איז א נדבה זאך, מען קוקט דאס אן ווי געבן צדקה; באמת איז עס נישט אזוי, שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, שכר לימוד איז נישט קיין נדבה, נאר עס איז חוב פאר עלטערן צו צאלן שכר לימוד, און אויב מען צאלט נישט איז עס גניבה וגזילה, חוץ פון דעם וואס בדרך כלל קענען מוסדות נישט באצאלן די מלמדים צייטליך, ווייל די עלטערן מאכן זיך נישט וואוסענדיג ווען מען בעט שכר לימוד. ווער ליידט דערפון? נאר די קינדער, ווייל דער מלמד זיצט אין כתה, און אנשטאט ער זאל זיין רואיג און וויסן ביי זיך אז ער גייט באקומען זיין געהאלט סוף וואך און ער גייט קענען דעקן זיינע הוצאות וכו', און אזוי ארום קען ער זיך אפגעבן מיט די קינדער אזוי ווי עס דארף צו זיין, ווערט ער נעבעך נערוועז פון זיינע חובות, און ער איז נישט רואיג אין כתה; ווער ליידט? די קינדער. דער מלמד הייבט אן שרייען, און אסאך מאל אפילו פארשעמט ער קינדער וכו'.


עלטערן דארפן טראכטן עצות 'ווי אזוי קענען מיר מאכן אז דער מלמד פון אונזערע קינדער זאל זיצן אין כתה רואיג אן קיין דאגות און אן קיין חובות'; פאר אלעס אויף דער וועלט געבן מענטשן אויס געלט, פאר הבל הבלים; פארוואס זאל מען נישט געבן עפעס פאר די מלמדים וואס לערנען מיט די קינדער און ליידן פון די קינדער וכו', מאך זיך א חשבון 'מה דאך די פאר שעה ווען די קינדער זענען אין שטוב שפירט א מענטש ווי זיי נעמען אים ארויס פון די כלים וכו', וואס זאל דער מלמד זאגן ווען ער זיצט א גאנצן טאג מיט דעם קינד, און נישט נאר מיט איין קינד נאר מיט דרייסיג קינדער'... עלטערן וואלטן ווען געדארפט טון אלעס אויף דער וועלט אז דער מלמד זאל האבן ישוב הדעת.


דערפאר איז א מצוה פאר יעדן איינעם צו העלפן דעם מוסד וואו ער שיקט זיינע קינדער אז זיי זאלן קענען צאלן צייטליך די מלמדים און טיטשערס, און אויב מען קען נישט באצאלן שכר לימוד, זאל מען אן קיין שום ספק נעמען הילף פון די רעגירונג, און בזכות דעם וועט מען זוכה זיין צו האבן נחת פון די קינדער.


דאס וואס דיינע חברים זאגן דיר אז אויב מען נעמט הילף פון די שטאט קען מען נישט וואקסן אין ביזנעס, און זיי ראטן דיר זאלסט הונגערן וכו' ביז דו וועסט מצליח זיין; וואס זאל איך דיר זאגן, א מענטש דארף זיין א מכיר את מקומו, און אויב מען האט נישט וואס צו עסן איז נאריש זיך צו עקשנ'ען אז מען נעמט נישט קיין הילף פון די רעגירונג, און אודאי אויב מען האט נישט קיין געלט צו צאלן שכר לימוד און מען וויל זיין א כלומר'ישע שיינער איד, און זיך אויפטון פאר די חברים אז מען נעמט נישט קיין הילף וכו', דעמאלט איז מען א גנב.


איך האב אויפגעשטעלט מוסדות מיט גרויס מסירות נפש, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס איך בין אריבער וכו' וכו'; איינע פון מיינע שווערסטע זאכן וואס איך בין אריבער איז געווען ווען איך בין געווען שולדיג פאר מיינע מלמדים זייער געהאלט. עס האט געקענט אריבער גיין א גאנצע ווינטער סעזאן - פון סוכות ביז פסח, וואס ואין בידי לפורטה אפילו שוה פרוטה, איך האב נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן; די מלמדים פלעגן קומען קלאפן אויף מיין טיר יעדן ערב שבת פרעגן צי איך האב כאטש א פיפציגער, א צוואנציגער, זיי זאלן האבן אויף שבת צו מאכן; איך האב געהאט א נס אז זיי זענען מיר געווען געטריי, און זיי האבן מיר געוואלט העלפן אויפשטעלן מוסדות, זענען זיי געבליבן ארבעטן ביי מיר. איך פלעג מיך באהאלטן אז זיי זאלן מיך נישט טרעפן, און איך פלעג וויינען צום אייבערשטן ער זאל מיר נישט פארשעמען; איך פלעג מיך אראפ לייגן אויף דער ערד וויינען צום אייבערשטן אז איך וויל נישט זיין א גנב, איך וויל באצאלן מיינע ארבעטער; ביז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב זיי אלע באצאלט מיט ניסי ניסים.


איך האב געהאט קליינע קלאסן וואס זענען באשטאנען פון פיר קינדער פער קלאס, עס איז נישט געווען מעגליך אז איך זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע, ווייל אפילו לאמיר זאגן אז אלע פיר קינדער צאלן שכר לימוד, יעדע קינד באצאלט צוויי הונדערט דאללער א חודש, איז עס אכט הונדערט דאללער א חודש, דא דארף איך באצאלן יעדע וואך די סכום; בין איך געגאנגען בעטן די עלטערן זיי זאלן נעמען הילף פון די רעגירונג, ווייל נישט אלע עלטערן זענען געווען ביכולת צו צאלן; א טייל האבן גענומען הילף, און אזוי האבן זיי באצאלט זייער שכר לימוד. דאס מערסטע האט מיך געבאדערט ווען איך האב געזען עלטערן וואס מאכן זיך נישט וואוסענדיג, זיי שיקן אלע אינגלעך און מיידלעך אין אונזער מוסד, זייער חוב פון שכר לימוד האלט ביי פיפציג טויזענט דאללער, און אין קול ואין עונה; מען בעט זיך ביי זיי 'נעמט הילף פון די שטאט', זאגן זיי: "מיר זענען בכבוד'יגע מענטשן וכו'"; פרעג איך דיר: "זענען זיי גערעכט?" איך שפיי בלוט יעדן טאג, און ווען עס קומט סוף וואך דארף איך קענען באצאלן די מלמדים און טיטשערס, און עס איז פשוט נישט דא פון וואו דאס צו דעקן, אסאך מאל קען מען שפירן ווי דער מוח קען עס מער נישט דערהייבן, בשעת ווען עס זענען דא עלטערן וואס אויב זיי צאלן ווען שכר לימוד אדער זיי נעמען הילף פון די שטאט, וואלט דער מוסד געקענט צאלן אלע מלמדים און טיטשערס וועכנטליך אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שפע אז דו זאלסט נישט דארפן נעמען פון קיינעם קיין הילף, זאלסט האבן פאר דיר און קענען העלפן אנדערע אידן - בזכות וואס דו לערנסט תורה; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן צז): "מִי שֶׁאֵין לוֹ פַּרְנָסָה, יַעֲסֹק בַּתּוֹרָה, וְאַחַר כָּךְ יִתְפַּלֵּל עַל פַּרְנָסָה, בְּוַדַּאי יִתְקַבֵּל תְּפִלָּתוֹ", ווער עס וויל פרנסה, זאל לערנען תורה, און נאכדעם זאל ער בעטן דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער זיכער צו הערן זיין געבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#100 - קען מען מעביר סדרה זיין פ' בראשית נאך פאר שמחת תורה?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


 


איך האב געזען וואס ער האט געשריבן אז מען קען שוין אנהויבן מעביר סדרה צו זיין פרשת בראשית נאך פון פאר שמחת תורה. האב איך געוואלט וויסן דער מקור צו די הלכה.


מרדכי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת וזאת הברכה-א, ז' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט מיר וואו איז דער מקור אז מען קען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין פרשת בראשית פאר שמחת תורה; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט יעדעס יאר מעורר זיין אלע תלמידי היכל הקודש אז מען זאל שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין זונטאג חול המועד סוכות, אזוי ווי דער מחבר פסק'נט (אורח חיים הלכות שבת, סימן רפה, סעיף ג): "מִיוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילָך נִקְרָא עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין מעביר סדרה זיין; אפילו מען האט נאך נישט אנגעהויבן ליינען פרשת בראשית.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אז די סיבה פארוואס מענטשן זענען מזלזל אין דעם מצוה איז, ווייל מענטשן זוכן שלימות, מען וויל מקיים זיין די מצוה אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט, אז מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת, און וויבאלד עס איז זייער שווער פאר רוב מענטשן מעביר סדרה זיין ערב שבת, בפרט ווינטער ווען דער זמן איז זייער פרי, דערפאר זענען מענטשן נישט מעביר סדרה, און מען איז מזלזל אין דעם.


אויף דעם איז די עצה צו טון אזוי ווי עס שטייט אין שלחן ערוך (שם) אז מען זאל אנהייבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין, אזוי איז מען זוכה צו מקיים זיין די מצוה בשלימות, אזוי ווי די משנה ברורה (שם) ברענגט אראפ פון ספר מטה יהודה: "אִם הוּא קוֹרֵא מִתְּחִלַּת הַשָּׁבוּעַ וְהָלְאָה, הוּא גַם כֵּן בִּכְלָל מִצְוָה מִן הַמֻּבְחָר".


ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות תרומות ומעשרות, הלכה ג): דאס וואס מענטשן זענען זייער ווייט פונעם אייבערשטן, דאס קומט פון דעם וואס מענטשן ווילן שלימות, זיי ווילן דינען דעם אייבערשטן נאר אויב זיי קענען עס טון מיט אלע חומרות און אלע הידורים. ער געבט א משל, ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט ווי חשוב עס איז אויבן אין הימל ווען ער געבט א פרוטה לצדקה, וואסערע רעש דאס מאכט אויבן אין אלע עולמות, וואלט ער זיכער געגעבן כסדר פרוטות לצדקה. אזוי אויך, ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט וואס עס געשעהט אין הימל ווען ער לערנט א דף גמרא, וואסערע שמחה עס ווערט אין אלע עולמות עליונים, וואלט ער זיכער מקפיד געווען צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא. נאר די סיבה - זאגט ר' נתן – פארוואס מענטשן טוען דאס נישט איז, ווייל דער מענטש טראכט צו זיך 'וואס איז שוין איין פרוטה? וואס איז שוין איין דף גמרא? איך דארף טון אסאך אויף אמאל וכו', איך דארף טון די מצות מיטן גאנצע שלימות', און וויבאלד ער קען עס נישט טון בתכלית השלימות, טוט ער גארנישט, עיין שם.


דאס זעלבע איז מיט רעדן צום אייבערשטן. ווען א מענטש וואלט געוואוסט וואס עס געשעהט אין הימל ווען ער רעדט א ווארט צום אייבערשטן, וואלט ער גערעדט נאך א ווארט און נאך א ווארט צום אייבערשטן, נאר וויבאלד א מענטש מיינט אז ער דארף רעדן א גאנצע שעה אויף איין מאל, און ער קען נישט, טוט ער גארנישט.


מוהרא"ש פלעגט יעדע יאר זיך בעטן אז מען זאל שוין אנהייבן זונטאג חול המועד סוכות מעביר סדרה זיין פרשת בראשית שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, עס איז א לאנגע סדרה, און אז מען ענדיגט די ערשטע פרשה, וועט מען א גאנץ יאר מעביר סדרה זיין, און אז מען איז נישט מעביר סדרה די ערשטע וואך איז מען שוין די צווייטע וואך אויך נישט מעביר סדרה, און אזוי ווייטער. דערפאר בעט איך דיר זייער, זאלסט שוין במשך די וואך און קומענדיגע וואך ענדיגן פרשת וזאת הברכה, אז זונטאג חול המועד סוכות זאלסטו אנהייבן נאכאמאל חמשה חומשי תורה. ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט וואס מען איז זוכה דורך מעביר סדרה זיין, סיי די יראת שמים וואס מען באקומט דורכדעם, סיי די סגולה פון אריכות ימים און סיי פרנסה בריווח, וואלט יעדער איינער מקפיד געווען אויף די מצוה.


געדענק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר פון אידישקייט איז צו גיין בתמימות ופשיטות, אן קיין חכמות. און די אלע וואס האבן צום סוף אפגעלאזט זייער אידישקייט, איז געווען ווייל זיי זענען געגאנגען מיט חכמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#99 - איך האב געזאגט 40 מאל מס' תענית, ווי לאנג דארף איך יעצט ווארטן אויף מיין שידוך?
שידוכים, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


געלויבט דער אייבערשטער אז איך האב זוכה געווען צו פאלגן דעם ראש ישיבה, און זיך מיטכאפן מיט די חבריא קדישא, די בחורים וואס האבן זיך אונטער גענומען צו לערנען פערציג טעג מסכת תענית. ב"ה די קומענדיגע ערב שבת איז די פערציגסטע טאג.


וויל איך בעטן, אויב ס'איז מעגליך, אז דער ראש ישיבה זאל מיר שרייבן פונקטליך די סדר הדברים ווי אזוי און וואס האט מוהרא"ש זי"ע צוגעזאגט, כדי איך זאל זיך קענען מחזק זיין און ווארטן מיט געדולד אויף מיין ישועה.


אילו פינו מלא שירה כים וכו' קען איך נישט גענוג דאנקען דעם ראש ישיבה פאר'ן אריינלייגן אין מיר די שיינע עצות און הדרכות פון הייליגן רבי'ן.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ב' פרשת וזאת הברכה-א, ה' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד הבחור היקר לי מאוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, פערציג טעג ברציפות - פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, דו האסט געטון די סגולה וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט צוגעזאגט פאר אלע בחורים, אז ווער עס וועט לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית פערציג טעג ברציפות פון ט"ו אב ביז ראש השנה, איז ער מבטיח א שידוך.


געווען איז דאס זומער שנת תשע"א, מיר זענען געווען אין קעמפ "מחנה תפארת התורה ברסלב" - עלענוויל ניו יארק, די דריטע יאר פון ווען איך האב געעפענט די ישיבה. דעמאלט איז נישט געווען קיין איין חתן אין ישיבה, ווייל מען האט זייער מבזה געווען די ישיבה, און מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו', וואס דאס האט געברענגט אז מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן.


איך פלעג כסדר פרעגן פון מוהרא"ש: "וואס וועט דא זיין, קיינער וויל נישט נעמען קיין בחור פון ישיבה?!" און מוהרא"ש פלעגט מיר ענטפערן: "וועסט נאך זען, עס וועט קומען א צייט, וואס די מיידליך וועלן נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה", דעמאלט האט דאס אויסגעקוקט ווי מוהרא"ש וויל מיר סך הכל מחזק זיין וכו', ווייל במציאות, אז עס זאל טאקע אזוי זיין האט מען דעמאלט נישט געקענט טראכטן, אבער היינט צו טאגס זעט מען וואס הייסט א ברכה פון א צדיק; צענדליגער שידוכים זענען געווארן נאר ווייל די מיידלעך האבן זיך איינג'עקשנ'ט אז זיי ווילן נאר א בחור פון ישיבה, ווייל זיי הערן די דרשות פון ישיבה, און זיי הערן ווי אזוי די בחורים וואקסן אויף מיט מידות טובות, מיט שכל, וואס מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער וכו'.


איך האב דעמאלט געשריבן בריוון פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה אז די בחורים וויינען צו מיר, זיי ווילן חתונה האבן וכו', און מוהרא"ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה, און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז געקומען אין קעמפ, און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב, ביי די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט אזוי: "איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט"ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה"; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן, און אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט, און זיי האבן א שיינע לעבן.


עס זענען געווען אפאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער שידוך גלייך דעמאלט, אין אנהייב האבן זיי געהאט קשיות - וואס הייסט? וואו איז מיין שידוך? איך האב דאך געזאגט מסכת תענית פערציג מאל? למעשה, שפעטער ווען זיי האבן געטראפן זייער שידוך, האבן זיי געזען אז זייער כלה איז נאך געווען יונג וכו'.


דערפאר אז דו שרייבסט מיר אז דו האסט געלערנט יעדן טאג מסכת תענית - פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, זאלסטו זיין זיכער אז דו וועסט בקרוב א חתן ווערן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פארעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, אויב איז ער פוגם בברית וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'. זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פארעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", דעמאלט איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך.


זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אינעם פסוק וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ער זאל גיין זיכן א שידוך פאר יצחק אבינו (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיך", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז אלול, און אינמיטן שטייט די ווערטער "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך, ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון דעם רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך, און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט בקרוב א חתן ווערן, און זוכה זיין צו אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, אמן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#98 - ווען איז מען מעביר סדרה די פרשיות וזאת הברכה און בראשית?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז יעצט ווערט די ערשטע יאר אין מיין לעבן וואס איך האב זוכה געווען פאקטיש צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום!


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק. און איך קען זאגן אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב פארשטאנען 95% פון וואס איך האב געלערנט, אריינגערעכנט אויך שווערע פרשיות, ווי למשל תרומה און תצוה ווי אזוי מען בויעט דעם משכן, און פרשת ויקרא וואו מען לערנט איבער די קרבנות. איך האב אייביג געמיינט אז דאס איז אזוי שווער און איך וועל דאס קיינמאל נישט פארשטיין, און ב"ה אז איך האב דאס זוכה געווען צו לערנען און צו פארשטיין.


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך טו מיט די פרשיות וזאת הברכה און בראשית? איך וועל עס נישט קענען ענדיגן אום שמחת תורה.


אויך וויל איך וויסן אויב דאס זאגן די ווערטער פון רש"י הייסט אן הפסק אינמיטן מעביר סדרה זיין.


מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת השם יתברך


יום א' פרשת האזינו, כ"ו אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד מאיר נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט זוכה צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, און דו ביסט מעביר סדרה יעדן טאג אביסל - זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים, סימן רפ"ה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם הייליגן ווילנער גאון זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט איז מען מעביר סדרה יעדע וואך, און ווען עס קומט סוף יאר איז א מורא'דיגע שמחה אז מען האט מסיים געווען חמשה חומשי תורה.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט אויך רש"י; אין שלחן ערוך שטייט (שם, סעיף ב): "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל מעביר סדרה זיין סיי תרגום און סיי מיט רש"י. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען חומש רש"י; מען זאגט נאך פון הייליגן שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו, אז ער האט געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י", אויך שטייט פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה.


אזוי אויך זאגט מען נאך פון צדיקים אויף דעם לשון וואס שטייט אין מבחר: "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל מעביר סדרה זיין סיי תרגום און סיי מיט רש"י, אז דאס אליין מאכט א מענטש ער זאל ווערן א ירא שמים.


מען זאגט נאך פון הייליגן רבי ישכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו, וואס ער האט געזאגט, אז א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן.


און עס איז באוואוסט אז דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט א סדר פאר זיינע תלמידים אז זיי זאלן יעדן טאג לערנען חומש מיט רש"י איינגעטיילט אויפן וואך, און אזוי האבן אלע רבי'ס פון חב"ד זיך געפירט, און אזוי פירן זיך היינט אויך חסידי חב"ד, יעדן טאג צו לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפן וואך, ווייל דאס ברענגט יראת שמים.


ווען מען איז מעביר סדרה און מען לערענט רש"י, איז דאס נישט קיין הפסק - פארקערט דאס איז די מצוה, צו לערנען חומש מיט רש"י. בכלל דארף מען וויסן אז אפילו מען איז מפסיק איז מען יוצא, אזוי ווי מען זעט אין שלחן ערוך (שם): "מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת אֵין צְרִיכִים לַחֲזֹר וְלִקְּרוֹת הַפָּרָשָׁה בְּשַׁבָּת", א מלמד וואס לערנט די גאנצע פרשה מיט די קינדער דארף נישט מעביר סדרה זיין, ווייל ער האט דאס שוין געלערנט מיט די קינדער; זעט מען פון דעם, אז אפילו מען איז מפסיק, און אפילו מען זאגט עס נישט מיט קיין טעמים (טראפן) איז מען יוצא לכתחילה.


עס איז ידוע דעם סיפור ביי סאטמארע חסידים אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן אלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער 'עצי חיים' און דעם בעל 'דברי יואל', ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו, ער האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערענט אסאך חומש רש"י), איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס זיי האבן נישט געוואוסט וואו דער אייבערשטער וואוינט, ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


אזוי אויך דערציילט מען אז דער הייליגער ר' מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו איז אמאל געווען אין שטאט חוסט, וואו דער הייליגער ערוגת הבושם איז געווען רב, דער ערוגת הבושם זכותו יגן עלינו האט געהאט א ישיבה פון עטליכע הונדערט בחורים, און דער צדיק ר' מרדכי'לע איז געקומען באזוכן דעם ערוגת הבושם, און דער ערוגת הבושם האט אים געבעטן ער זאל באזוכן זיין ישיבה, ער זאל זיין ווי פלייסיג זיי לערנען, און ווי ערליך זיי פירן זיך אויף, ווען ר' מרדכי'לע איז ארויסגעקומען האט אים דער ערוגת הבושם געפרעגט: "נו, וואס זאגט איר אויף מיינע בחורים?" האט אים ר' מרדכי'לע געענטפערט: "זיי האבן נישט קיין יראת שמים!" הערנדיג דאס איז דער ערוגת הבושם געווארן זייער דערשראקן און פארוואונדערט, ווי אזי קען זיי אזא זאך? און ער פרעגט דעם הייליגן ר' מרדכי'לע: "רבי, פארוואס זאגט איר אזוי?!" האט ער אים געענטפערט: "ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י!" דער ערוגת הבושם האט זיך זייער געוואונדערט אויף דעם, און ער האט נאכגעפארשט ביי זיינע תלמידים אויב זיי ענדיגן יעדע וואך חומש רש"י, האבן זיי אים געענטפערט אז נישט, ווייל די וועכנטליכע פארהער איז פארגעקומען פרייטאג צופרי, און עס קומט זיי נישט אויס קיין צייט ווען צו קענען מעביר סדרה זיין, האט שוין דער ערוגת הבושם פארשטאנען אז ר' מרדכי'לע ווייסט וואס ער רעדט, און ער האט איינגעפירט אין זיין ישיבה אז מען זאל פארהערן זונטאג, און מען זאל יעדן טאג לערנען חומש רש"י.


בנוגע וואס דו פרעגסט פון ווען מען קען שוין מעביר סדרה זיין פרשת וזאת הברכה; מען קען שוין מעביר סדרה זיין פון ווען מען הייבט אן ליינען וזאת הברכה, מען דארף נישט ווארטן ביז שמחת תורה. אויך קען מען שוין אנהייבן פרשת בראשית מיום ראשון ואילך, מען דארף נישט ווארטן ביז שמחת תורה, בפרט היי יאר ווען שמחת תורה געפאלט אויס פרייטאג, און עס בלייבט איבער נאר שבת צו מעביר סדרה זיין פרשת בראשית, החכם עיניו בראשו שוין אנצוהייבן פון זונטאג חול המועד סוכות יעדן טאג מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום.


עס איז דא אסאך וואס האלטן נישט אזוי, אבער אזוי האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש איז געווען זייער שטארק אין דעם אז מען זאל שוין אנהייבן פאר שמחת תורה בראשית, בפרט ווען שמחת תורה געפאלט אויס אזוי ווי די יאר הבא עלינו לטובה - פרייטאג, מען געבט זיך איין דריי און מען ליינט שוין ביי מנחה פרשת נח.


וואויל איז פאר דעם וואס לאזט זיך נישט נארן און פירט זיך בתמימות ופשיטות וועט ער שיין מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#97 - זאל איך ווייטער זאגן משניות, אדער ענדערש לערנען גמרא?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

שלום לכבוד דער ראש הישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח אויף די טייערע שיעורים וואס געבט מיר חיזוק יעדן טאג.


איך האב געוואלט פרעגן אזוי, איך לערן שוין די לעצטע שטיק צייט לויט די מהלך הלימוד וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט צו לערנען. וויל איך פרעגען צי איך זאל אויפגעבן מיין שיעור אין גמרא און נאר זאגן משניות, צו זאגן ווי מער משניות? אדער זאל איך ענדערש זאגן ווייניגער משניות, און אנהאלטן מיין שיעור אין גמרא?


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז, בפרט אז דו האסט אנגעפאנגען צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן.


וויסן זאלסטו אז דאס איז נישט מיין מהלך הלימוד, נאר דאס האט אונז דער רבי געגעבן; קוק אריין אין שיחות הר"ן (סימן עו), וואס דער רבי זאגט דארט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערענט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן, און מען וועט פון זיך אליין פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, ווייל אזוי איז מען איז זוכה צו איבערגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


"וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ ּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו, צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיי"ש.


די אלע וואס האבן גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות, זיי האבן אנגעפאנגן צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, האבן זייער שיין מצליח געווען; דערפאר פריי איך מיר זייער, אז דו האסט אנגעפאנגען צו לערנען אויף דעם וועג.


דאס וואס דו פרעגסט צי דו זאלסט אויך לערנען שיעור עיון; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, שם): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", אויך דארף מען האבן א שיעור אין עיון יעדן טאג; דערפאר זאלסטו זען צו ממשיך זיין סיי מיט דיין שיעור אין גמרא וכו', און ווען דו האסט איבעריג צייט זאלסטו אריין כאפן א פרק משניות.


עס שטייט אין תיקוני זוהר (הקדמה, ה.) אז די ראשי תיבות פון זְ'רָעִים מ'וֹעֵד נָ'שִׁים נְ'זִיקִין קָ'דָשִׁים טָ'הֳרוֹת איז "זְמַן נָקַט"; האב איך געהערט פון א ברסלב'ער חסיד א הערליכע פשט, איינער וואס לערנט משניות האלט די צייט אין די האנט – "זְמַן נָקַט". ווייל וואו ער גייט נעמט ער מיט זיך מיט א קליינע משניות, אזוי האט ער אסאך צייט. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, אז מען קען וויסן אויף איינעם צי ער דרייט זיך אין "היכל הקודש", אויב זעט מען אים שטענדיג מיט א משניות אין די האנט, איז א סימן אז ער דרייט זיך אין היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#96 - איך וויל לערנען ברסלבע ספרים, וואו הייב איך אן?
חסידות ברסלב, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד הר"ר יואל ראטה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר ביז יעצט צום ראש הישיבה, איר האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן אויפ'ן ריכטיגן וועג, איך רעד ב"ה צום אייבירשטן און איך בעט אים יעדע קלייניקייט וואס איך דארף, און איך מאך זיכער צו זאגן משניות יעדן טאג.


מיין שאלה איז אז איך האב כמעט נאך גארנישט געלערנט קיין ברסלבע ספרים און איך האב נישט קיין אהנונג וואו אנצוהייבן, קענט איר מדריך זיין און זאגן ווי אזוי און וואס אנצוהויבן צו לערנען ברסלבע ספרים?


יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד יודל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם, אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים, אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, וְעַל אֵלּוּ הַמְקרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז, ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן, ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט".


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו פאלגסט דעם הייליגן רבי'ן, דו לערענסט משניות און דו ביסט זיך מתבודד; אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען לערנט משניות, און מען איז זיך מתבודד - מען רעדט צום אייבערשטן, איז מען זוכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און מען לעבט א חיים טובים.


איך געדענק ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בין איך געקומען רעדן צו מוהרא"ש זכרונו לברכה, און מוהרא"ש האט מיר געפרעגט וואס איך וויל, איך האב אים אנגעפאנגען אויסצודערציילן מיין הארץ, אז איך וויל זיין א ערליכער איד און עס גייט מיר נישט, זאגט מיר מוהרא"ש: "זאג משניות!" האב איך געמיינט אז מוהרא"ש הערט נישט וואס איך זאג, איך האב געטראכט אז איך דארף עס מער אויסשמועסן בפרטי פרטיות. איך בין געווען זייער צעבראכן, מיין הארץ איז געווען איבערגעפילט מיט ווייטאג, און איך האב שיעור אויסגעפלאצט אין א געוויין, האב איך נאכאמאל געזאגט: "מוהרא"ש, איך וויל זיין אן ערליכער איד", און איך האב אנגעפאנגען צו דערציילן וואס גייט איבער אויף מיר וכו' וכו', זאגט מיר מוהרא"ש – שוין מיט א שטרענגע טאן – "דו הערסט נישט וואס איך זאג דיר? זאג משניות! נאר משניות, אז דו וועסט זאגן אסאך משניות וועסטו זוכה זיין צו א ריינע מח, און נאר טראכטן פונעם אייבערשטן".


דערפאר פריי איך מיר זייער צו הערן אז דו האסט אנגעפאנגען צו לערנען פלייסיג אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, וואס זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; און דער רבי ברענגט אראפ (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עד) דעם הייליגן זוהר (פרשת קדושים, פה:) וואס עס ווערט אויבן אין הימל ווען א מענטש זאגט די ווערטער פון די תורה אפילו ער פאשטייט נישט וואס ער זאגט, און אפילו ער זאגט דאס מיט טעותים.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז ער האט געהערט פון הרב החסיד ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, אז ער האט געקענט מענטשן וואס האבן נישט געוואוסט פון זייער לעבן צו זאגן פאר זיי זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, זיי זענען געווען פוסטע יונגען, ליידיגע מענטשן, און ווען זיי זענען מקורב געווארן צום רבי'ן, זיי האבן אנגעפאנגען צו פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, זיי האבן אנגעפאנגען זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, און אסאך בלעטער גמרא און סימנים שולחן ערוך, ביז זיי זענען געווארן גרויסע גאונים.


איינמאל האט א בחור געפרעגט ר' לוי יצחק זכרונו לברכה וואס ער זאל ענטפערן ווען מענטשן זאגן אים: "עס הייסט נישט געלערענט" (נאר געדאווענט), האט אים ר' לוי יצחק געזאגט דו זאג: "אִי וֵוייס גָארְנִישְׁט, דֶער בְּרֶסְלֶב'עֶר רֶבִּי הָאט מִיר אַזוֹי גֶעהֵייסְן".


דאס וואס דו פרעגסט מיר וועגן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, דו ווייסט נישט ווי אנצוהייבן און דו בעטסט מיר איך זאל דיר אנווייזן ווי און וואס.


דער רבי האט אונז איבער געלאזט אן אוצר פון פינף ספרים: ליקוטי מוהר"ן, חיי מוהר"ן, שיחות הר"ן, סיפורי מעשיות און ספר המידות; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ, מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, און ער וועט ווערן אן ערליכער איד"; דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען אביסל ליקוטי מוהר"ן, אין אנהייב וועסטו אפשר נישט פארשטיין יעדע זאך, קוק נישט צי דו פארשטייסט יא אדער נישט, דו זאלסט זאגן די ווערטער, און ביים סוף, נאך אפאר מאל, וועסטו אנהייבן צו פארשטיין.


ר' נתן האט אמאל געזאגט פאר א אינגערמאן: "אינגערמאן, לערן אסאך ליקוטי מוהר"ן, ווייל א גוף וואס האט געלערנט ליקוטי מוהר"ן וועלן די ווערים נישט קומען". נאך האט ר' נתן געזאגט פאר זיין הסתלקות: "אפילו דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן אין רבי'ן וועט ער האבן א תיקון"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט א כח צו העלפן יעדן איינעם.


אויך מאך דיר א שיעור אין חיי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן; ר' נתן האט געזאגט: איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן"; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק, קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכע איד, נישט סתם אן ערליכע איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכע איד".


עס איז כדי אז דו זאלסט קודם לערנען חיי מוהר"ן חלק ב', דארט וועסטו זען הערליכע שמועסן פון רבי'ן, און ווען דו וועסט עס מסיים זיין זאלסטו לערנען חלק א', וואס דארט שטייט געשריבן ווען דער רבי האט געזאגט יעדע תורה, און אלעס ארום יעדע תורה וכו'.


אויך מאך דיר א שיעור אין ספורי מעשיות; דער רבי האט זייער אויסגעלויבט זיינע מעשיות, און דער רבי האט געזאגט אז די מעשיות וועקט אויף א מענטש פון שלאף; אפילו איינער וואס שלאפט שוין, זיין נשמה איז שוין פארשלאפן בבחינת 'אֲנִי יְשֵׁנָה', אבער דורך די מעשיות ווערט 'וְלִבִּי עֵר'.


אויך זאלסטו לערנען ספר המידות; דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' נפתלי (וואס ער איז איינע פון די צוויי עדים וואס דער רבי האט געשטעלט אויף תיקון הכללי): "מיין ליבער הארציגער חבר, דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".


וויסן זאלסטו אז מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק, געפונט זיך אין זיינע ספרים; קומט אויס, אז איינער לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, דער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים, האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#95 - איך שפיר מער א געשמאק אין עיון; מיין ווייב לאזט מיר נישט פארן קיין אומאן
אומאן, שלום בית, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

I started derech halimud a while ago, and I’m about to finish for the FIRST TIME misnayes. now I have 2 things to discuss with the rosh yeshiva.
first of all I’m not saying that I was the biggest masmid, but I felt like I enjoyed learning, understanding the concepts how the the question was answerd; and with derech halimud I feel like I’m accomplishing in terms of finishing but not in terms of connecting to it and enjoying it.
2, I realy get a lot of chizuk and would want to go to uman to the rebbe for rosh hashono, but all my wife knows that its a crazy place and radicle pepole, and she would never let me go and as much as i tried to talk to her about it nothing doing and I’m sure don’t want to lose my wife in the procces, if you can give me some advice.
thanks a million for everything you have done for me through the shiurim.
marc

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד האברך מארק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט מיר אז ווען דו לערנסט און דו פארשטייסט וואס דו לערנסט שפירסטו א געשמאק אין לערנען, מה-שאין-כן ווען דו זאגטס אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, שפירסטו נאך נישט קיין געשמאק; דו דארפסט נישט אפלאזן דיינע אלטע שיעורים, אדרבה - זע צו לערנען ווייטער דיינע שיעורים, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", א מענשט זאל אויך האבן א שיעור צו לערנען בעיון אביסל יעדן טאג; דער עיקר זאלסטו זען צו לערנען אסאך פרקים משניות, און אסאך דפים גמרא - אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, און במשך הימים וועסטו זוכה זיין צו שפירן א טעם אין די הייליגע תורה, און דיין קאפ וועט זיך דיר עפענען און דו וועסט אנהייבן צו פארשטיין אלעס וואס די לערנסט.


בנוגע וואס דו פרעגסט וועגן דיין ווייב, אז זי קוקט אן ברסלב ווי א פלאץ פון מטורפים וכו'; ליידער ביסטו נישט דער איינציגסטער וואס גייט אריבער דעם פראבלעם, נאר זייער אסאך אינגעלייט און בחורים גייען אריבער דאס זעלבע וואס דו גייסט אריבער, זיי ווילן קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אבער זייערע עלטערן און זייער ווייב שטעלן זיך אנקעגן, ווייל זיי האבן געהערט לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן.


געב אכטונג זיך נישט צו קריגן מיט דיין ווייב, און אויב דו וועסט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו קומען אויף ראש השנה קיין אומאן וועסטו זען אז עס וועט געשען א נס און אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה, נישט נאר וועט דיר דיין ווייב לאזן גיין קיין אומאן, נאר זי וועט דיר טרייבן, זי וועט דיר קויפן א מתנה א טיקעט אז דו זאלסט פארן קיין אומאן.


איך האב שוין געזען גרויסע וואונדער ביי מיינע תלמידים - סיי בחורים און סיי אינגעלייט, ווי זיי האבן אסאך מתפלל געווען אויף דעם ענין, זיי פלעגן יעדן טאג זיך אויסגיסן זייער הארץ צום אייבערשטן אז זיי ווילן גיין קיין אומאן צום רבי'ן צו פארעכטן זייערע מעשים, און זוכה זיין צו האבן א תיקון אויף זייערע מעשים וכו', און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן זוכה געווען צו קומען.


דו זאלסט זען צו זיין א וואוילער מאן, דו זאלסט זיך קיינמאל נישט קריגן מיט דיין ווייב; דער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל האבן שלום בית, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) אז מען דארף זייער שטארק אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב; און דו וועסט זען אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#94 - וואס זענען די תקנות הישיבה?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, בחור

תוכן השאלה‎

פון שלום.

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
איך בין א בחור און איך בין נישט געהעריג אין א ישיבה, איך האלט זיך פאר א תלמיד פונעם ראש ישיבה, און איך בין טאקע אמת'דיג פון די שטארקע תלמידים. איך האב א סמארט פאן, און איך וויל וויסן די תקנות הישיבה בנוגע א סמארט פאון, וואס מעג מען האבן און וואס טאר מען נישט האבן? איך וויל זיך פירן אין לעבן לויט די תקנות הישיבה.
און די זעלבע אויך מיט לערנען תורה, וויפיל דארף איך לערנען יעדן טאג?
און דאס מערסטע וויל איך וויסן ווי אזוי קען איך ווערן אן ערליכער איד?
א גרויסן ש'כח, איך ווארט פאר אן ענטפער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד הבחור שלום נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט מיר וואס איז די תקנות הישיבה; די תקנות פון ישיבה איז - צו זיין אן ערליכער איד, לערנען די הייליגע תורה און טון אלע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן.


דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א מתנה פאר אונזער דור - דער הייליגער רבי זכרונו לברכה, וואס נאר ער האט עצות פאר אונזער דור, אז מיר זאלן קענען זיין ערליכע אידן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט) אז אפילו א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין עבירות רחמנא לצלן, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, יהי' מה שיהי', וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיין פלאנטער, און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות, אז אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אבער אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג חי פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


דערפאר אז דו ווילסט זיין א תלמיד היכל הקודש, זאלסטו זיך מאכן א שיעור יעדן טאג אין משניות; ווען דו האסט אפאר מינוט זאלסטו זאגן א פרק משניות, אזוי וועסטו זוכה זיין צו א נייע ריינע הייליגע נשמה.


דאס וואס דו פרעגסט מיר אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, און דו ווילסט וויסן ווי אזוי מען איז זוכה צו זיין אן ערליכער איד; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד) אז ער האט ער זוכה געווען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן; און דער רבי האט געזאגט סוף ימיו, אז ווען ער וואלט געוואוסט צו וואס מען קען אלץ זוכה זיין דורך די הנהגה פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואלט ער נישט אזוי פיל געפאסט און געטון סיגופים וכו'.


דערפאר טייערער שלום ני"ו, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט זאלסטו זיך אויס שמועסן דיין הארץ; פארצייל אלעס פארן אייבערשטן, סיי וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע דיינע ווייטאגן וואס דו האסט, און סיי ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, דו ווילסט האבן ריינע אויגן און א ריינע מח, און ווי שווער עס קומט דיר אן צו זיין אפגעהיטן וכו' וכו', און אזוי וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכע איד.


דאס וואס דו פרעגסט צי דו זאלסט האלטן דיין סמארט-פאון וכו'; איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו שאלה איז, ווער געדענקט נישט ווי אזוי מוהרא"ש פלעגט רעדן ביי די שיעורים אז דאס נעמט אוועק יעדעס ביסל יראת שמים וואס דער מענטש האט. און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין מה.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶּה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע איז נאר שולט אויף וואס די אויגן זעען; דערפאר, אז דו פרעגסט מיר צי דו זאלסט אוועק לייגן דעם סמארט-פאון, און דו שרייבסט מיר אז דו ווילסט זיין א תלמיד הישיבה, וואלט איך דיר געזאגט אז דו זאלסט עס אוועק ווארפן, און אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב, און דו וועסט מאכן נחת פאר דיינע עלטערן.


 דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#93 - רעדן שיין צו די ווייב?
שלום בית, לימוד התורה, אידישע שטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף חיזוק אויף צו רעדן שיין צו מיין ווייב, איר צו געבן גוטע ווערטער, איר אויסצוהערן, און צו וויסן און געדענקען אז ווען זי וויינט איז עס נישט עק וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זייער אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו דיין ווייב, זאלסט רעדן שיין צו איר, זאלסט רעדן ווייך צו איר, מיט די גרעסטע כבוד און דרך ארץ. מען קען זען אויפן מענטש ווי אזוי ער רעדט אין שטוב צו זיין ווייב; דער וואס רעדט שיין מיט דרך ארץ - דער איז אן ערליכער איד.


מוהרא"ש האט אונז שטענדיג דערמאנט מיר זאלן נישט פארגעסן ווי מיר האבן אויסגעקוקט איידער מיר האבן חתונה געהאט, ווי צעבראכן מען איז געווען, ווי מען האט שוין אויפגעגעבן אז מען וועט נאך אמאל חתונה האבן און האבן א שטוב. מוהרא"ש האט אונז געזאגט מיר זאלן יעדן אינדערפרי זאגן פארן אייבערשטן א דאנק און א לויב אויף דעם וואס מען האט א ווייב, מען איז חתונה געהאט.


דאס אז דיין ווייב וויינט - דאס איז ביי אלעמען, דאס איז די נאטור, פרויען זענען מער געפיליש, מער הארציג, וויינען זיי שנעלער, דעריבער זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען זאל זייער אכטונג געבן נישט טשעפען די ווייב, "מִתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל א פרוי וויינט גרינגער און שנעלער.


מאך זיך שיעורים אין חומש, משניות, גמרא, ועוד. לערן אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט זאל מען ווייטער לערנען. הלואי זאלסטו יעדן טאג גורס זיין אכצן פרקים משניות, לערן אין שטוב אויפן קול, לערן מיט א ניגון, דיין ווייב וועט זיך מחי' זיין ווען זי וועט דיך זען לערנען, אז מען לערנט ווערט מען איידל, מען רעדט איידל און מען האט א גוטע שלום בית.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - ארויסזאגן די ווערטער וואס מען לערנט?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען מען לערנט די הייליגע ספרים "אשר בנחל", "עצתו אמונה", "פעולת הצדיק", קונטרסים פון מוהרא"ש, אדער אזעלכע סארט ספרים, איז דא אן ענין ארויסצוזאגן די ווערטער וואס מען לערנט, אדער איז גענוג צו ליינען מיט די אויגן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען לערנט און מען זאגט ארויס די ווערטער - גייט עס אריין שטערקער אינעם מענטש, מען געדענקט דאס לערנען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עירובין נד.), דער הייליגער תנא רבי אליעזר האט געהאט א תלמיד וואס פלעגט נישט ארויסזאגן די ווערטער ביים לערנען, און נאך אפאר יאר האט ער פארגעסן וואס ער האט געלערנט, און די גמרא זאגט דארט אז דאס ארויסזאגן די ווערטער ביים לערנען - איז מסוגל אויף צו געדענקען.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#91 - אויף וועלכע סדר זאל איך לערנען ש"ס?
לימוד התורה, סיום הש"ס, גמרא, סיפורי מעשיות, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נאכנישט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, אפשר האב איך געענדיגט עטליכע מסכתות דא און דארט, אבער נישט אין א סדר. מיין שאלה איז אויב איך זאל אנהויבן ש"ס פון אנהויב ברכות און גיין אין א רייע צוביסלעך בלאט נאך בלאט ביז איך בין זוכה צו ענדיגן ש"ס, אדער זאל איך ממשיך זיין צו לערנען דעם בלאט וואו מען האלט יעצט אין ש"ס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הייב אן ש"ס, גיי כסדרן גיי אויף דיין וועג, לויט דיינע כוחות, לויט דיינע פעיגקייטן. קוק נישט אויף קיינעם, מאך נישט נאך קיינעם; ווייל דער יצר הרע זוכט ווי ער קען מחליש דעת זיין און אראפווארפן דעם מענטש, ער וויל אים אוועק נעמען פון די גמרא און מיטן אנדרייען און רייץ פון מענטשן וואס לערנען אסאך און זיי מקנה זיין, פון דעם קען מען זייער צעבראכן ווערן און אלעס אפלאזן.


קוק נישט אויף קיינעם, דו גיי דיין וועג. נעם א גמרא און לערן פאר דיר כסדרן דווקא. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך. ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך, און ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז"; "וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז"; "וואס פאר א האניגדיג, וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; זיין ווייב האט יא געהאט חכמות וכו', האט זי זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמ'ס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צוזאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אז דו וועסט גיין אין א סדר און נישט קוקן אויף קיינעם, נאר לערנען א בלאט נאך א בלאט, וועט נישט נעמען לאנג און דו וועסט ענדיגן ש"ס.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#90 - ווי אזוי קען איך זיך קריגן מיט'ן יצר הרע?
תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאר אריין יעדן טאג קיין ירושלים און די באס איז נישט אזוי ריין, אסאך מאל זיצן פרויען אויף די ערשטע פלעצער, ואני אנה אני בא. עס איז פול מיט מיידלעך און ווייבלעך און איך דארף לוחם זיין יעדע מינוט נישט צו קוקן, און איך שפיר ווי איך געב שוין אויף, איך קען נישט מער.


קען איך זיך בכלל קריגן מיט'ן יצר הרע? ער איז דאך א מלאך און איך בין נאר א קליין מענטשעלע, און איך שפיר ווי מיינע כוחות קומען צו א סוף.


וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מחזק מיט שמירת עיניים, אדער רעדן פון דעם נאך א שיעור און נאך א שיעור, ווייל אז נישט וועט זיך די מלחמה זיך ענדיגן נישט גוט, מיט'ן נישט גוטן געווינער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


נעם זיך מיט א זעקל ספרים; א תהלים, א משניות וכדומה און זיי פארנומען אויפן וועג מיט לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין, פארמאך זיך די אויגן און שריי צום אייבערשטן בקול דממה דקה: "הייליגער באשעפער איך ווער פארברענט, ראטעווע מיך, העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן, איך זאל קענען היטן מיינע מחשבות", מען קען זיצן אינמיטן א פולע באס מיט מענטשן און זיך מתבודד זיין כאילו מען געפינט זיך אין פעלד צווישן ביימער און גראז.


אמאל אויפן וועג אהיים פון רבינ'ס ראש השנה אין עירפארט זאגט מיר מוהרא"ש: "מען קען זיך דא צווישן די הונדערטער מענטשן מתבודד זיין", מוהרא"ש פרעגט מיר: "וואס דארפסטו? א וואלד? חיות? דא האסטו א וואלד מיט חיות; וואס זענען דען די אלע אויב נישט חיות? דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ז), א מענטש אן דעת איז קיין מענטש נישט, ער איז א חיה", און איך געב א קוק ווי מוהרא"ש זעצט זיך אוועק, פארמאכט זיך די אויגן און הויבט זיך אן מתבודד זיין כאילו ער געפינט זיך אין פעלד; אזוי זאלסטו טון, פארמאך זיך די אויגן און שריי: "הייליגער באשעפער איך ווער פארברענט, איך קען נישט אליינס, ראטעווע מיך, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#89 - מעג איך האבן א סמארטפאון צו זען נייעס פון היכל הקודש?
לימוד התורה, טעלעפאן, סמארטפאון, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער זייער אסאך ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אז מען טאר נישט האבן קיין סמארטפאון, איך דארף עס אבער האבן צו זען די ברסלב סענטער עפפ, צו זען אלע היכל הקודש נייעס, וויל איך פרעגן צי איך מעג עס האבן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היכל הקודש נייעס וועסטו טרעפן אין די חומש, אין די פרשת השבוע, און אין די גמרא, אינעם בלאט גמרא וואס מען לערנט יעדן טאג; נאר דאס איז היכל הקודש נייעס, נישטא קיין אנדערע נייעס אין היכל הקודש.


ווארף אוועק דיין סמארטפאן, דארפסט עס נישט האבן. קען זיין יעצט ווען דו ביסט אזוי אריינגעטון אין קוקן נייעס שפירסטו ווי דו דארפסט עס און דו מוזט עס האבן, עס זעט אויס ווי דו וועסט נישט קענען אן דעם, אבער איינמאל דו וועסט עס אוועק ווארפן - וועסטו זיך שפירן ווי אן אויסגעלייזטער מענטש, ווער רעדט נאך אז דו וועסט זוכן די אמת'ע נייעס פון די הייליגע תורה, פון די פרשת השבוע, פון די גמרא, מדרשים - וועסטו זיין אינגאנצן פריי. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְּךָ בֶּן חוֹרִין", ווער איז פריי? "אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", נאר דער וואס לערנט תורה.


אזוי אויך זאלסטו נישט אויסהערן קיין האטליינס, הער אויס נאר צדיקים וואס רעדן פון אמונה, פון אייבערשטער.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.