שאלה אין קורצן ענין
#173 - דארף מען מקפיד זיין צו לערנען גמרא נאר אויפ'ן צורת הדף?
לימוד התורה, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' זוכה צו לערנען אסאך תורה אין זכות פונעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, און אין זכות פון אייערע דרשות.


איך האב באמערקט אז ווען איך לערן אין די גמרות פון ארטסקראל וכדומה, האב איך א גרעסערע סיפוק און חשק צו לערנען, ס'האט אבער א חסרון אז ס'איז נישט אויף צורת הדף. וויל איך וויסן וואס איז ענדערש, צו מקפיד זיין צו לערנען אויפ'ן צורת הדף, אדער ענדערש לערנען אויף א וועג וואס געבט מיר מער חשק און הנאה אין דאס לערנען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, ד' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו לערנען אין די גמרות מהדורת שוטנשטיין; אדרבה, אז מען לערנט אין די גמרא קען מען זייער גוט פארשטיין וואס מען לערנט, די איינציגסטע זאך איז אז עס גייט נישט אויפ'ן צורת הדף און ווער עס וויל געדענקען די גמרא אויפ'ן צורת הדף וועט עס אים זיין שווער, אבער עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו לערנען דערין.


שטארק זיך, לערן אסאך גמרא. דער הייליגער רבי זאגט אז גמרא פארברענט די קליפות, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


דאס איז דער עיקר וואס דער רבי האט געוואלט, מען זאל לערנען און דאווענען. עס איז דא א בריוו וואס דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם רבי יוסקא (מכתבי רבינו ז"ל בתחלת ספר עלים לתרופה, מכתב ב. ועיין שם, מכתב ז): "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", איך בעט דיר זייער מיין טייערער איידעם, שרייב מיר צוריק וויפיל בלאט גמרא דו לערנסט יעדן טאג און וויפיל בלאט הלכה דו לערנסט; מאך נישט פון טפל עיקר און פון עיקר טפל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#172 - מעג מען לערנען מיט א ניגון?
לימוד התורה, ניגונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א איבער א זאך וואס איך פיר זיך אז ווען איך לערן, נעם איך א ניגון און מיט דעם זינג איך די ווערטער פון משניות, גמרא, זוהר, ליקוטי מוהר"ן, און אזוי ווייטער. דאס געבט מיר א שטארקע חשק צו לערנען.


איך טראכט אבער צומאל אויב דאס איז נישט אביסל א זלזול אין די הייליגע תורה, אפשר דארף מען מער לערנען מיט אן ערנסטקייט. אויך האב איך חברים וואס האבן טענות אויף מיר פארוואס איך טו דאס, זיי האלטן מיר פאר אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן. פארשטייט זיך אז איך זינג נישט הויך צו שטערן מיינע ארומיגע.


מיין שאלה איז אויב טו איך ריכטיג, איך זע למעשה אז אן דעם לערן איך ווייניגער.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס העלפט מיר ארויס אזויפיל אין לעבן, בפרט דער סדר דרך הלימוד וואס איז ממש מחי' נפשות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, דו לערנסט עס מיט חשק אויפ'ן קול; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות לימוד, סימן טו): "הַדִּבּוּר בְּקוֹל רָם מֵבִיא הֶרְגֵּשׁ וּתְנוּעָה לְכָל הָאֵיבָרִים", לערנען אויפ'ן קול ברענגט א חשק און געפיל אין אלע אברים; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן טז): "הַלּוֹמֵד בְּקוֹל רָם מַאֲרִיךְ יָמִים, וְתַלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ", ווער עס לערנט אויפ'ן קול וועט האבן אריכות ימים און ער וועט געדענקען וואס ער לערנט; עס איז זייער גוט צו לערנען אויפ'ן קול מיט א ניגון, אזוי וועסטו געדענקען וואס דו לערנסט.


דארפסט אכטונג געבן אז ווען דו לערנסט און דאווענסט צווישן מענטשן זאלסטו נישט זיין אנדערש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויפ'ן הייליגן תנא רבי עקיבא (ברכות לא.): "כְּשֶׁהָיָה מִתְפַּלֵּל עִם הַצִּבּוּר, הָיָה מְקַצֵּר וְעוֹלֶה מִפְּנֵי טֹרַח צִבּוּר", ווען ער האט געדאווענט צווישן עולם האט ער געדאווענט אנדערש ווי ער האט געדאווענט פריוואט, ווען ער האט געדאווענט פריוואט - "אָדָם מַנִּיחוֹ בְּזָוִית זוֹ וּמוֹצְאוֹ בְּזָוִית אַחֶרֶת מֵרוֹב כְּרִיעוֹת וְהִשְׁתַּחֲוָיוֹת", האט ער געדאווענט מיט אזא ברען, מיט אזא פלאקער; ער האט אזוי געשפרינגען און געטאנצן און זיך געשאקלט, ער איז געלאפן פון איין פלאץ צום צווייטן פלאץ, דאס איז געווען ביחידות, אבער צווישן מענטשן האט ער געדאווענט צווישן מענטשן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן, הלל הזקן זאגט (תוספתא ברכות, סוף פרק ב): "אַל תֵּרָאֶה עָרוֹם", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס זענען אנגעטון - זאלסטו נישט גיין אויסגעטון, "אַל תֵּרָאֶה לָבוּשׁ", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס זענען אויסגעטון - זאלסטו נישט גיין אנגעטון, "אַל תֵּרָאֶה עוֹמֵד", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס זיצן - זאלסטו נישט שטיין, "אַל תֵּרָאֶה יוֹשֵׁב", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס שטייען - זאלסטו נישט זיצן, "אַל תֵּרָאֶה שׂוֹחֵק", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס טרויערן - זאלסטו זיך נישט פרייען, "אַל תֵּרָאֶה בּוֹכֶה", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס פרייען זיך - זאלסטו נישט טרויערן; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (מסכת דרך ארץ רבה, סוף פרק ז): לֹא יִשְׂמַח אָדָם בֵּין הַבּוֹכִים וְלֹא יִבְכֶּה בֵּין הַשְּׂמֵחִים וְכוּ'.


אין בית המדרש זאלסטו לערנען אזוי ווי אלעמען; קענסט זיך אונטער זינגען א ניגון, אבער נישט שטערן אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#171 - מעג מען לערנען משניות ביינאכט?
לימוד התורה, שאלות, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן ברוך ה' יעדן טאג משניות, און איך שפיר אז דאס געבט מיר חיזוק פאר מיין נשמה.


איך האב אמאל געהערט אז ס'איז דא א פראבלעם צו לערנען משניות ביינאכט, וויל איך וויסן וואס צו טון יעצט אין די ווינטער צייט ווען ס'ווערט פרי נאכט, אויב ס'איז אויסגעהאלטן צו לערנען משניות ביינאכט.


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ס'האט ממש געטוישט מיין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז בכלל נישט קיין שאלה, אודאי מעג מען לערנען משניות ביינאכט; וואויל איז דעם וואס לערנט משניות ביינאכט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה יב:): "כָּל הָעוֹסֵק בַּתּוֹרָה בַּלַּיְלָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹשֵׁךְ עָלָיו חוּט שֶׁל חֶסֶד בַּיּוֹם", ווער עס לערנט תורה ביינאכט וועט האבן א גאנצן טאג חסדים פונעם אייבערשטן; תורה שבכתב לערנט מען בייטאג און תורה שבעל פה לערנט מען אויך ביינאכט, אזוי ווי אונזערע הייליגע חכמים זאגן (מדרש תנחומא כי תשא, סימן לו) ווען משה רבינו איז געווען אין הימל מקבל זיין די תורה, האט ער נישט געוואוסט ווען איז טאג און ווען איז נאכט, נאר ווען ער האט געלערנט תורה שבכתב האט ער געוואוסט אז עס איז טאג און ווען ער האט געלערנט תורה שבעל פה האט ער געוואוסט אז עס איז נאכט.


נישטא קיין זיסערע זאך ווי אויסנוצן די ווינטער נעכט מיט לערנען תורה שבעל פה; מוהרא"ש זאגט נאך בשם דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו אז ער פלעגט רופן די ווינטער נעכט: "די גאלדענע נעכט", ווייל ווינטער ביינאכט קען מען גוט אויסנוצן די צייט אריינצוכאפן לערנען תורה.


זיי זיך קובע צו לערנען משניות - וועסטו זוכה זיין צו א נייע נשמה; דער באר היטב ברענגט אראפ פונעם אר"י הקדוש (שלחן ערוך אורח חיים סימן א, סעיף קטן ו) "כָּתַב הָאֲרִ"י זַ"ל: וְשִׁיעוּר מִשְׁנַיוֹת קוֹדֶם לְכָל דָּבָר, וְעַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה לִנְשָׁמָה, כִּי 'מִשְׁנֶה' אוֹתִיוֹת 'נְשָׁמָה'", ווען מען שטייט אויף אינדערפרי זאל מען לערנען די ערשטע שיעור אין משניות, ווייל דורך משניות איז מען זוכה צו א ריינע נשמה; משניות וואשט אפ דעם מענטש פון אלע פגמים.


מה טוב אז דו וועסט זאגן אכצן פרקים משניות יעדן טאג, דער הייליגער מהר"ם פאפירש זאגט (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "טוֹב לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם, וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם, נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט דער וואס פירט זיך אזוי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיט'ן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'ענען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיך נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפ'ן מענטש.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, ער האט מקובל אויף דעם וואס דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין עבירות רחמנא לצלן; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, יהי' איך שיהי', וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיין פלאנטער און ער וועט ווערן אן ערליכער איד", אז דאס גייט ארויף אויף "ח"י פרקים משניות"; אפילו אזא איינער וואס איז נעבעך אראפ געפאלן אין די בלאטע, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג "ח"י פרקים משניות", - וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#170 - וואס טו איך אז מיין ווייב וויל איך זאל זיצן אין כולל, און איך האלט נישט דערביי?
שלום בית, לימוד התורה, פרנסה, יונגע יארן, היטן די צייט, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל קודם דאנקען דעם ראש ישיבה פאר אלע חיזוק, דרשות, שאלות ותשובות, און אזוי ווייטער.


איך האב חתונה געהאט אפאר יאר צוריק, איך האב אלץ געהייסן א גוטער בחור אין ישיבה, אבער באמת האב איך געהאלטן ביי גארנישט. איך האב גוט געפאפט. למעשה האב איך אבער גארנישט פארדינט דערפון ווייל ווען עס איז געקומען צו שידוכים האט מען מיך אנגעטראגן מסלתה ומשמנה, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין געהעריגע אפענע קשר מיט מיינע עלטערן, דערפאר ווען מען האט אנגעטראגן מיין שידוך האב איך גארנישט געזאגט. מיין ווייב איז טאקע אן אשה כשירה א ערליכע אידישע פרוי מיט אלע פירושים, אבער למעשה איז זי אויף סאך א העכערע מדריגה ווי מיר.


פאר עטליכע יאר נאך די חתונה האב איך פרובירט זיך צוצושטעלן, אבער נאך אפאר יאר איז עס געווארן ערגער, איך האב געשטופט אין כולל גאנצע טעג, און איר איינגערעדט אז איך לערן, איך האב ממש געלעבט א טאפלטע לעבן אין ממש יעדע טריט.


יעצט זע איך אז דאס איז נישט קיין וועג, האב איך זיך פרובירט אביסל צו עפענען, איך האב אנגעהויבן זאגן אז איך טראכט פון גיין ארבעטן ווייל כולל איז נישט פאר מיר. אבער זי זאגט אז זי האט געמיינט אז איך בין אן ערליכער אינגערמאן. וואס האב איך אז דו גייסט ארבעטן?


איך האב באמת רחמנות אויף איר, זי איז גרייט מיט מסירת נפש צו ברענגען פרנסה, אבי איך זאל בלייבן אין כולל. אבער איך שפיר אז איך קען נישט. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                        יום א' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם לעצטן מענטש וועם דו וועסט קענען אויספאפן איז דיין ווייב; א ווייב קען מען נישט פאפן, די ווייב איז פון די איינציגסטע וואס קענען גאר גוט זייער מאן, זיי ווייסן ווער דער מאן איז, אויב ער איז ערליך אדער נישט; מיט א ווייב קען מען נישט ארום שפילן.


דעריבער איז א שאד סתם צו זיצן אין כולל און זיך איינרעדן אז זי וועט מיינען דו לערנסט; אז דו בטל'סט די צייט זאלסטו וואס פריער ארויסגיין פון כולל. בטל'ן צייט איז א סכנה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", אז מען בטל'ט צייט קומט מען נאכדעם צו צו טון עבירות און נאכדעם ווערט מען דעפרעסט; גיין ליידיג איז זייער שעדליך, מען פארלירט דעם טעם פון לעבן, מען פארלירט דעם טעם פון אלעס.


פארוואס זאלסטו זאגן אז מען קען נישט זיין אן ערליכער איד ווען מען ארבעט? ארבעטן איז נישט קיין סתירה מיט זיין ערליך, ארבעטן איז נישט קיין סתירה מיט לערנען די הייליגע תורה; עס זענען דא הונדערטער און טויזנטער ערליכע בעלי בתים יראי השם וואס ארבעטן רוב טאג און אין די איבריגע צייט זענען זיי זיך קובע צייט צו לערנען. זיי הייבן אן דעם טאג פארטאגס מיט תורה ותפילה, אינמיטן טאג כאפן זיי ווייטער ארויס תורה און ביינאכט זענען זיי זיך ווידעראמאל קובע צייט צו לערנען.


טענה זיך נישט מיט דיין ווייב; זי וויל נישט דיין שלעכטס, זי וויל א גוטע לעבן, זי וויל א מאן א ירא שמים. עס שטערט איר צו זען ווי דו שפילסט ארום מיט איר, עס שטערט איר אז דו פירסט זיך נישט אויף ערליך, זי האט מורא אז ווען דו וועסט גיין ארבעטן וועט עס ווערן נאך ערגער, אבער אז דו וועסט אנפילן דיין צייט מיט גוטע זאכן, דו וועסט נישט גיין ליידיג - וועט זי אנהייבן האלטן פון דיר, זי וועט דיר מחשיב זיין.


נעם דעם רבינ'ס דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו); דער רבי האט אונז געגעבן א זיסע וועג צו לערנען, א וועג פאר אלעמען, נישט קיין אונטערשיד א גוטע קאפ - א שוואכע קאפ, נישט קיין חילוק צי מען האלט יא ביים לערנען אדער מען האלט נישט ביים לערנען, דעם רבינ'ס דרך הלימוד ארבעט מיט יעדן איינעם.


מאך זיך א שיעור אין חומש רש"י מיט'ן תרגום, הייב אן זונטאג די פרשה ביז שני, מאנטאג זאלסטו גיין ווייטער פון שני ביז שלישי, דינסטאג זאלסטו לערנען ביז רביעי און אזוי ווייטער, ביז די ענדע וואך וועסטו האבן מסיים געווען די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", דער וואס איז מעביר סדרה יעדע וואך צוויי מאל די חומש און איין מאל די תרגום וועט לאנג לעבן; דער שלחן ערוך פסק'ענט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין; און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


נאכדעם זאלסטו זיך קובע זיין א שיעור אין משניות; הייב אן מסכת ברכות און לערן א פרק נאך א פרק, קוק נישט אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער דו פארשטייסט נישט, דו זאג די ווערטער פון משניות. יעדע ווארט תורה וואס מען לערנט האט דער אייבערשטער א נחת רוח דערפון, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין", און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט): בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען.


ועל כולם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; הייב אן ש"ס און גיי כסדרן, די בלעטער גמרא דאס פארברענט דעם יצר הרע. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע, וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", דער אייבערשטער זאגט, איך האב באשאפן דעם יצר הרע, אבער איך האב א רפואה פאר'ן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן אים, "אִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט זיין אונטער די הענט פונעם יצר הרע, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אבער אויב לערנט מען נישט קיין תורה איז מען אונטער אים.


אז דו וועסט אויסנוצן דיין טאג, דיינע טייערע יונגע יארן - וועט דיין ווייב קוקן אויף דיר מיט כבוד, מיט הערצה; זי וועט דיר מחשיב זיין און זיך נישט קריגן מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#169 - זאל איך וואוינען ביי מיין מאמע וואס איז פריי און נישט נארמאל?
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס נעמט אסאך חיזוק פון די דרשות, איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, און אפאר מאל ששה סדרי משנה, און אויך ליקוטי מוהר"ן.


איך בין א יתום פון מיין טאטע, און מיין מאמע איז נעבעך פריי און אויך נישט אינגאנצן נארמאל, און דעריבער קען איך נישט וואוינען ביי איר. מיינע געשוויסטער שרייען אבער אויף מיר אז איך מוז יא וואוינען ביי איר צוליב כיבוד אב ואם, וויל איך וויסן וואס איך האב צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס; ווי גוט איז דיין חלק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א טובה דו טוסט פאר דיין טאטנ'ס נשמה אויבן אין הימל; מיט דיין לערנען משניות און בלעטער גמרא טראגסטו אים ארויף העכער און העכער, אלע נשמות זענען אים מקנא אז ער האט א זון וואס לערנט פלייסיג די הייליגע תורה.


בנוגע דיין מאמע תחי'; געב אכטונג אויף איר מיט אלע דיינע כוחות, זיי איר מכבד אפילו עס איז דיר שווער. אויב איז מעגליך דו זאלסט וואוינען ביי איר אין שטוב און ווייטער גיין מיט די וועג פון די תורה - זאלסטו בלייבן ביי איר אין שטוב, זאלסט איר העלפן און איר מחזק זיין. אויב שטערט עס דיר פון היטן די תורה, דעמאלט איז עפעס אנדערש; אבער ווי לאנג זי שטערט דיר נישט פון היטן די תורה, דאס הייסט דו קענסט עסן כשר'ס, היטן שבת און זיין אפגעהיטן בקדושה ובטהרה וכו' - זאלסטו איר ווייטער מכבד זיין, ווייל כיבוד אם איז זייער א גרויסע מצוה.


די הייליגע חכמים זאגן (קידושין לא:) אויפ'ן הייליגער אמורא רב יוסף: "כִּי הֲוָה שָׁמַע קָל כַּרְעָא דְּאִימֵּיהּ", ווען ער האט געהערט די קול פון זיין מאמעס פיס טריט, פלעגט ער זאגן: "אֵיקוּם מִקַּמֵּי שְׁכִינָה דְּאָתְיָא", איך גיי זיך אויפשטעלן פאר די כבוד פון די שכינה; רב יוסף איז געווען בלינד, ער האט נישט געקענט זען ווען זיין מאמע קומט אריין ער זאל זיך אויפשטעלן פאר איר, נאר ווען ער האט געהערט די קול פון אירע פיס טריט האט ער געוואוסט זיך אויפצושטעלן. זעט מען פון דעם אז ווען מען איז מכבד א מאמע איז מען מכבד די שכינה הקדושה; וואס מען טוט פאר א מאמע איז אזוי ווי מען טוט דאס פאר'ן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם ל:): "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִלּוּ דַּרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", ווען מען איז מכבד טאטע מאמע - זאגט דער אייבערשטער, איז עס אזוי ווי מען איז מיר מכבד.


דאס אז זי איז נישט נארמאל השם ירחם, ווענדט זיך; אז עס איז נישט מעגליך צו זיין מיט איר דעמאלט זאלסטו טון וואס דער הייליגער אמורא רבי אסי האט געטון (שם, לא:), ער האט געהאט אן אלטע מאמע, זי האט אים געבעטן זי דארף צירונג האט ער איר געמאכט שיינע צירונג, נאכדעם האט זי געבעטן איר זון רבי אסי אז זי וויל א מאן, האט רבי אסי געזאגט איך וועל דיר זוכן א מאן, האט זי געזאגט איך וויל א מאן אזוי שיין ווי דיר, ביז רבי אסי האט פארשטאנען אז זי איז נישט אינגאנצן נארמאל איר ער ארויף פון בבל קיין ארץ ישראל; אבער אז עס איז מעגליך פאר דיר צו וואוינען מיט איר זאלסטו זיכער בלייבן מיט איר און איר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן די זכות פון העלפן דיין מאמע וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.

#168 - ווי אזוי פאררעכט מען די עבירות וואס מ'האט פוגם געווען?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב יעצט געליינט א קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע, וואו ער ברענגט זייער שארפע מאמרים פון הייליגן רבי'ן איבער פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן. האב איך געוואלט פרעגן, הגם אז מיט די חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א בין איך זיך מתגבר און איך געב אכטונג אויף מיינע אויגן, כאטש וואס איך האב נישט געגלויבט אמאל אז איך וועל דאס נאך קענען באווייזן, וויל איך אבער וויסן ווי אזוי מ'קען תשובה טון אויף לשעבר, אויף די שלעכטע זאכן וואס איך האב אמאל עובר געווען.


דער רבי זאגט דאך אז ס'ווערן באשאפן פון דעם כוחות הטומאה וואס לויפן נאך דעם מענטש אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איז דא א וועג ווי אזוי מבטל צו זיין די כוחות הטומאה, אדער איז דאס שוין פארפאלן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפגעפאלן אין די עבירה און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


נאר דער רבי האט די כח ארויס צו נעמען די וואס זענען אריין געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית; ווייל די עבירה פון פגם הברית איז גאר א גרויסע עבירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם) ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, עס איז ערגער פון אלע עבירות; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אבן העזר סימן כג, סעיף א): "עָוֹן זֶּה חָמוּר מִכָּל עֲבֵירוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות אויף די וועלט, מען פארלירט אלעס דורך די עבירה, מען ווערט קראנק, אלט און שוואך. דער שאדן וואס דאס ברענגט אויפ'ן מענטש איז געפערליך, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רמ, סעיף יד): ווען מען איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט מען אפגעשוואכט, פארעלטערט און מען פארלירט די כוחות. אזוי אויך: "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערט אפגעשוואכט און עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פון קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפ'ן מענטש.


דאס איז אויסער דעם וואס מען פארלירט די פרנסה; דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז דער וואס ווארפט ארויס די טראפלעך פון מח, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


דאס איז אויסער דעם וואס מען באקומט שונאים; מען באשאפט קליפות וואס זענען זיך נוקם אינעם מענטש, זיי מאכן שרעקליכע יסורים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, "בּוֹרֵא קְלִפּוֹת", טוט מען באשאפן קליפות, "הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו", די קליפות גייען אריין אין מענטשן, זיי קריגן זיך מיט'ן מענטש, "וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", און זענען אים מצער.


דאס איז אויסער וואס מען פארלירט אלע ליכטיגקייטן; עס ווערט טונקל, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן. די אמונה קילט זיך אפ; מען דריידט זיך ארום מיט קשיות אויף די אמונה, מען גייט ארום מיט שלעכטע געדאנקען, ביז מען וויל מער נישט לעבן. מען ווערט א בייזער מענטש, מען ווערט בעצבות ומרה שחורה, מען פארלירט אלעס אין די וועלט. מען שפירט ביי זיך וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח ע"א; ויחי ריט.): "מַאן דְאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַּנְיָא חַס וְשָׁלוֹם, אֵין מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", ווער עס איז מוציא זרע לבטלה העלפט נישט קיין תשובה; מען שפירט זיך אויסגעשלאסן פון אלעס, מען גייט ארום מיואש.


נאכן הערן אזעלכע זאכן, איז דאך זייער געפערליך; ווי הייבט מען אן? וואס קען מען טון אז מען האט ליידער יא עובר געווען אויף די עבירה? וואס קען מען טון נישט צו באקומען די אלע שרעקליכע שטראפן? אויף דעם האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף אונז און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אונז אויף פון די נידריגסטע פלעצער און מיט זיינע עצות ברענגט ער אונז צוריק צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט קען נאך יא תשובה טון און קען אלעס פאררעכטן"; אז מען וועט פרעגן: 'ווי קען זיין אזא זאך אז דער רבי זאגט עס העלפט יא תשובה נאכדעם וואס אלע ספרים זאגן אז עס העלפט נישט קיין תשובה?' דאס פרעגט רבי נתן (ליקוטי הלכות תפילין הלכה ד, אות ד): "ווי קען זיין אזא זאך אז דער זוהר הקדוש זאגט אז ווען א מענטש איז פוגם בברית העלפט נישט קיין תשובה, און דער רבי זאגט אז עס העלפט יא תשובה?" זאגט רבי נתן, "באמת העלפט תשובה אויף יעדע עבירה, עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף, נאר וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, ווייל ווען א מענטש איז פוגם בברית רייסט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, דערפאר, ווען דער מענטש וויל תשובה טון שטעלט מען אים אונטער אזא שרעקליכע נסיון, דער נסיון איז אז מען זאגט אים ער איז שוין דערנאך, ער דארף הערן ווי מען זאגט אים 'דו קענסט שוין נישט תשובה טון'; אויב האט ער שכל און ער זאגט 'עס גייט מיר גארנישט אן, איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן אויף קיין שום פאל, צי מען דארף מיר יא צי מען דארף מיר נישט, איך פונעם אייבערשטן וועל זיך קיינמאל נישט אפטיילן, איך נעם זיך פאר מער נישט צו זינדיגן, נישט קיין חילוק צי איך וועל יא ווערן א צדיק צי נישט, נישט קיין חילוק צי איך וועל מיך דארפן מוטשען מיין גאנץ לעבן אדער נישט', אזא איינער וועט זוכה זיין תשובה צו טון. אבער דער וואס האט נישט קיין שכל און זאגט 'איך קען שוין נישט תשובה טון, איך בין דערנאך', בלייבט ער אינדרויסן השם ישמרינו".


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך ווייטער מיט שמירת עינים, היט אפ דיינע אויגן נישט צו קוקן עבירות און היט זיך פון טון עבירות - וועסטו אלעס פאררעכטן, בפרט אז דו וועסט אנהייבן לערנען די הייליגע תורה - וועסטו מבטל זיין אלע קליפות. נישטא נאך א זאך וואס זאל פארברענען די קליפות ווי די הייליגע תורה, ווען מען לערנט די הייליגע תורה ווערן די קליפות בטל ומבוטל כעפרא דארעא, זיי ווערן אויס, ווי די שטויב פון די ערד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


דאס ערשטע זאך זאלסטו אנהייבן לערנען משניות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זאגט אז די שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות; אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, דערפאר אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט, ניטאמאל עברי מיט טייטש קענסטו, זאלסטו ווייטער לערנען, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, זאל מען ווייטער לערנען, מען זאל זאגן די ווערטער ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין".


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תיקוני זוהר; דער הייליגער אריז"ל האט געגעבן א תיקון פאר א בעל תשובה וואס האט געבעטן א תיקון פאר עבירות, ער זאל זאגן יעדן טאג אפאר בלאט פון ספר התיקונים; ווען מען זאגט די ווערטער פון תיקוני זוהר וואשט עס אפ דעם מענטש פון אלע פלעקן.


ועל כולם זאלסטו זיך שטענדיג מתודה זיין; יעדן טאג זאלסטו מאכן א צייט וואס דו וועסט דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, דאס וועט ארויסנעמען די עבירות פון דיינע ביינער. ווען א מענטש זינדיגט ווערן איינגעקריצט די עבירות אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנוֹתָם [חֲקוּקָה] עַל עַצְמֹתָם", און דאס גייט נישט ארויס נאר דורך דעם וואס מען איז זיך מתודה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד). זאג דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, שעם זיך נישט צו דערציילן יעדע פרט און פרט און בעט אים: "רבונו של עולם זיי מיר מוחל, פארגעב מיר מיינע זינד, איך וויל זיין גוט; איך האב חרטה וואס איך האב געטון, איך זאג דיר צו אייבערשטער איך גיי עס מער נישט טון, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל קענען זיין שטארק נישט צו טון מער קיין עבירות".


דאס זאלסטו טון יעדן טאג; א גאנצן טאג זאלסטו זיין פרייליך, נאר איין צייט אין טאג זאלסטו זיך מתודה זיין און צעברעכן דיין הארץ. וועסטו זוכה זיין אויסצומעקן אלעס וואס דו האסט געטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#167 - זאל איך צוריק גיין לערנען מיט מיין חברותא בעיון?
לימוד התורה, חברים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין עטליכע יאר וואס איך האלט זיך פאר א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע און פון ראש ישיבה שליט"א, כאטש וואס איך האב קיינמאל נישט געזען מוהרא"ש, און אויך נישט דעם ראש ישיבה, הער איך האב די שיעורים וואס געבן מיר דעם ריכטיגן וועג אין לעבן, און איך בין זייער שטארק דאנקבאר אויף דעם.


אין מיינע יונגע יארן אין ישיבה האבן איך ב"ה ליב געהאט צו לערנען, און דער אייבערשטער האט מיר געשאנקען א גוטע קאפ צו פארשטיין לערנען, און איך האב געהאט ב"ה גוטע חברותות, און איך האב זייער מצליח געווען.


נאך מיין חתונה האבן איך ממשיך געווען צו לערנען מיט מיין חברותא אין כולל פאר עטליכע יאר, און מיט די צייט האבן מיר ביידע געדארפט גיין ארבעטן, אבער מיר האבן זיך נאכאלץ ווייטער קובע געווען יעדן טאג צו לערנען אינאיינעם איין און א האלב שעה, און מיר האבן ב"ה נישט פארברענגט די צייט, נאר באמת געלערנט פלייסיג גמרא רש"י תוספות, און אזוי האבן מיר גרינטליך דורכגעלערנט עטליכע מסכתות.


נאכ'ן אנהויבן הערן די שיעורים, האב איך זיך גאר שטארק געטוישט צום גוטן אין הנהגות הבית, אין חינוך פון די קינדער, און אין נאך אסאך זאכן. ביז מיט א האלב יאר צוריק בערך האט מיר אנגעהויבן כאפן אויך דער סדר דרך הלימוד. ווען מ'האט געהאלטן אינמיטן מסכת נדה און דער ראש ישיבה שליט"א האט דאן געזאגט אז מ'זאל נישט ווארטן אנצוהויבן מסכת ברכות, נאר שוין זיך מיטכאפן מיט א דף גמרא א טאג, האט דאס מיר זייער געכאפט, און איך האב טאקע אזוי געטון, און צו דעם האב איך אויך באקומען א שטארקע חיזוק צו לערנען יעדן טאג נאך פילע שיעורים כסדרן, ח"י פרקים משניות, דף בבלי, דף ירושלמי, שו"ע, נ"ך, חומש רש"י מיט'ן תרגום, זוהר, רמב"ם, תוספתא, מדרש רבה, ליקוטי מוהר"ן, און אזוי ציט זיך דאס שוין איבער 7 חדשים.


למעשה האב איך יעצט מער ווי 7 מאל ששה סדרי משנה, און די אנדערע שיעורים, אבער דאס איז געגאנגען אויפ'ן חשבון פון אונזער לאנג יעריגע חברותא'שאפט, איך האב געמוזט אויפגעבן דעם שיעור גמרא תוספות מיט מיין חבר, איך האב אים ערקלערט אז אפילו מיר האבן טאקע פלייסיג און גרינטליך געלערנט, זענען מיר אבער נאר אנגעקומען צו עטליכע מסכתות, און איך שפיר אז מיט'ן דרך הלימוד קען איך אנקומען פיל מער.


איך מוז אבער זאגן דעם אמת אז לעצטנס האט מיר אנגעהויבן שטארק צוריק צו ציען צו מיין אלטע שיעור, די געשמאק פון אפלערנען גרינטליך א בלאט גמרא מיט א חברותא איז בכלל נישט אוועקצומאכן, אבער פון די אנדערע זייט האב איך אויך גאר א שטארקע געשמאק אין לערנען און אנקומען אסאך מיט'ן סדר דרך הלימוד, און דערפאר בין איך זייער צעמישט ווי אזוי צו גיין ווייטער פון דא.


מיין חברותא בעט זיך זייער שטארק ביי מיר איך זאל צוריק קומען לערנען מיט אים, אבער איך זע אז איך האב נישט קיין צייט פאר ביידע זאכן, אדער בין איך ממשיך מיט מיינע שיעורים אויפ'ן דרך הלימוד, אדער גיי איך צוריק לערנען מיט אים אזוי ווי פריער.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן א קלארע תשובה וואס איך זאל טון, ווייל איך ווייס באמת נישט וואס איז די ריכטיגע וועג צו גיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביסט נישט גערעכט מיט דעם וואס דו האסט אפגעלאזט די חברותא'שאפט; אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א גוטער חבר וואס דו לערנסט שוין לאנגע יארן מיט אים בהתמדה - אזא חבר לאזט מען נישט אפ, זאלסטו ווייטער אנהאלטן דיין שיעור און לערנען פלייסיג די הייליגע תורה.


דאס איז נישט קיין סתירה מיט'ן דרך הלימוד; דער רבי זעלבער רבי וואס הייסט לערנען שנעל הייסט אויך לערנען בעיון. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", אויך דארף מען האבן א שיעור אין עיון יעדן טאג, אויסער די שיעורים וואס מען זאל לערנען שנעל אן זיך פארטיפן, דארף מען אויך האבן א שיעור אין עיון התורה.


די ערשטע זאך זאלסטו צוריק באנייען דיין שיעור מיט דיין חברותא ביתר שאת וביתר עוז; ביז יעצט האסטו געלערנט מיט אים א שעה אין א האלב זאלסטו מוסיף זיין נאך מער צו לערנען מיט אים פלייסיג די הייליגע תורה, און אין די זייטיגע צייט זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן בגירסא; מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה און אלע ספרים אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לָאָדָם, שֶׁיַּעֲבֹר וְיֵלֵךְ בְּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כֻּלָּם, כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", עס איז גוט פאר'ן מענטש דורך צו לערנען יעדע ספר וואס איז דא, כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים, שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְדִינוֹת וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט, זיי געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלץ נאר כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, "כְּמוֹ שֶׁדֶּרֶךְ הַשָּׂרִים לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר: 'הָיִיתִי בְּוַרְשָׁא' וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס "איך בין געווען אין ווארשא" און נאך, "כְּמוֹ כֵן רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְּהַיְנוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים כַּנַּ"ל", דאס זעלבע דארף א מענטש לערנען אלע ספרים אז ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט אז ער האט אלעס געלערנט, ער איז געווען איבעראל; "וּלֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶּׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויף יענע וועלט דערמאנט מען פאר'ן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט אויף די וועלט.


זאג נישט אז עס גייט נישט ביידע אינאיינעם, עס איז נישט אמת; עס איז דא גענוג און נאך צייט סיי פאר עיון און סיי פאר גירסא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#166 - קען מען יוצא זיין לימוד הלכה מיט'ן לערנען קיצור שלחן ערוך?
שלום בית, הלכה, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין א שטיק צייט צוריק האט מיר דער ראש ישיבה געשריבן וועגן לערנען שלחן ערוך על הסדר, איך בין אבער נאכנישט אנגעקומען צו דעם, האב איך געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה האלט לגבי דעם אז איך זאל אנהייבן מיט קיצור שולחן ערוך וואס איז מחולק לויט די טעג און יאר, און ענדיגן איינמאל ביז'ן סוף, וואס דאס וועט מיר זיין אסאך גרינגער כמובן, צי קען מען מיט דעם אויך יוצא זיין בדיעבד דאס וואס דער רבי האט געוואלט אז מען זאל לערנען שלחן ערוך יעדן טאג? ובפרט אז מיין ווייב וויל אויך איך זאל מיט איר לערנען הלכות.


איך ווארט זייער צו זען דעם ראש ישיבה דא אין ארץ ישראל בקרוב ממש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען יוצא זיין מיט דעם - נישט נאר בדיעבד, נאר אפילו לכתחילה.


דער רבי וויל מיר זאלן לערנען הלכה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים וְלֹא יַעֲבֹר", יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג חק ולא יעבור שלחן ערוך, "וְאַף אִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף 'שֻׁלְחָן עָרוּךְ' בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא", אפילו מען האט נישט קיין צייט, מען איז אן אונס - דאך זאל מען לערנען כאטש איין סעיף שלחן ערוך, "אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אפילו ער האלט אין אן אנדערע פלאץ, "כִּי צָרִיךְ לִלְמד אֵיזֶה דִּין בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל יעדער איד מוז לערנען יעדן טאג אין זיין לעבן שלחן ערוך - זאל זיין וואס זאל זיין, "וּכְשֶׁאֵינוֹ אָנוּס יִלְמַד כְּסֵדֶר כָּל הָאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן עָרוּךְ מִדֵּי יוֹם בְּיוֹמוֹ", און ווען מען איז נישט קיין אונס, מען קען לערנען געהעריג - זאל מען לערנען אין א רייע יעדן טאג אביסל, ביז מען וועט ענדיגן גאנץ שלחן ערוך, "וּכְשֶׁיִּגְמֹר וִיסַיֵּם הָאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן עָרוּךְ יַחֲזֹר וְיַתְחִיל לְלָמְדָם כְּסֵדֶר, וְכֵן יִנְהַג כָּל יְמֵי חַיָּיו", און נאכדעם זאל מען אנהייבן נאכאמאל שלחן ערוך, אזוי זאל מען זיך פירן א גאנץ לעבן.


עס איז זייער א וויכטיגע זאך צו לערנען יעדן טאג הלכה, עס איז א גרויסער תיקון פאר אלעס וואס מען דארף פאררעכטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְהוּא תִּקּוּן גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד", עס איז א זייער א גרויסער תיקון צו לערנען הלכה. דער רבי זאגט: "אִם יָכוֹל לִלְמֹד כָּל הָאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן עָרוּךְ עִם כָּל הַפֵּרוּשִׁים הַגְּדוֹלִים מַה טוֹב", אויב קען מען לערנען שלחן ערוך מיט אלע פרושים איז זייער גוט, "וְאִם לָאו עַל כָּל פָּנִים יִלְמַד כָּל הָאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן עָרוּךְ הַקְּטַנִּים", און אויב קען מען נישט, זאל מען לערנען מחבר און רמ"א צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


זייער גוט טוסטו אז דו לערנסט אביסל הלכה מיט דיין ווייב, אזוי וועט איר וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; איר וועט קענען היטן די תורה אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#165 - וויפיל פרקים משניות זאל איך לערנען יעדן טאג?
לימוד התורה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב היינט ברוך ה' מסיים געווען ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל אין מיין לעבן, אין זכות פון הערן אזויפיל שיעורים, א גרויסן יישר כח.


איך האב געלערנט יעדן טאג בערך צען פרקים משניות, איך הער אבער פון ראש ישיבה שליט"א איבער די גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג ח"י פרקים, וויל איך פרעגן אויב איך זאל פון יעצט אנהויבן לערנען יעדן טאג אכצן פרקים, אדער קען זיין אז אויב וועל איך נעמען צופיל אויף מיר קען עס קראכן אינגאנצן, ווייל איך נישט יעדן טאג איבריגע צייט.


צום שלוס מוז איך זיך נאכאמאל באדאנקען פאר די הערליכע לעבן וואס איך און מיין ווייב האבן באקומען דורך די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, מ'קען דאס קיינמאל נישט באצאלן. אויך האלט איך אין איין הערן דא אין ארץ ישראל פון אידן וואס זענען זיך מחיה מיט די שיעורים און די בריוו. דעם שבת נאכ'ן דאווענען איז געווען א שמועס ביי אונז אין שול איבער חינוך, און איינער געבט זיך א רוף אן אז ס'לוינט זיך צו הערן דעם ראש ישיבה'ס שיעורים אויף חינוך, כ'האב זיך זייער געפריידט דאס צו הערן, ווייל איך קען יענעם אינגערמאן און איך האב נישט גע'חלומ'ט אז ער הערט אויך אויס  די שיעורים. און אזוי ווייטער זענען פילע אידן דא זיך מחיה מיט די שיעורים, און פארשטייט זיך אז דאס איז אויך צו פארדאנקען די טייערע מפיצים דא אין ארץ ישראל וואס שלאפן נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת-בלק, ח' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א מענטש איז נישט קיין מאשין; א מאשין קען מען אנשטעלן גענוי וויפיל מען וויל עס זאל גיין און צושטעלן יעדן טאג, אבער א מענטש איז אנדערש; יעדן טאג איז אנדערש, איין טאג האט מען מער צייט און איין טאג האט מען ווייניגער צייט, איין טאג איז מען פאריאגט און איין טאג איז מען רואיג. עס איז נישט שייך צו זאגן וויפיל מען זאל לערנען; האט מען צייט קען מען לערנען צענדליגער פרקים משניות און צענדליגער בלעטער גמרא אין איין טאג, האט מען נישט קיין צייט דארף מען ארויסכאפן וויפיל עס איז מעגליך.


דער רבי האט אמאל געפרעגט א איד צי ער לערנט יעדן טאג, האט דער איד געענטפערט דעם רבי'ן אז ער האט נישט קיין צייט צו לערנען ווייל ער איז פאריאגט און פארפלאגט, ער מוטשעט זיך זייער צו ברענגען פרנסה פאר זיין ווייב און קינדער און ער האט ממש נישט קיין צייט צו לערנען. האט אים דער רבי געזאגט: אפילו דו ארבעטסט א גאנצן טאג און דו קענסט זיך נישט קובע זיין א באשטימטע צייט צו לערנען דאך זאלסטו זען ארויס צו כאפן יעדן טאג אביסל צייט צו לערנען תורה. דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) אז ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה", בפשטות זעט אויס אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט באשטימט א צייט יעדן טאג צו לערנען, אבער דער רבי טייטשט אנדערש, אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג טראץ זיינע שוועריקייטן און איבערגייעכטס, ווייל קֶבַע איז א לשון פון גְּזֵלָה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג) "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ", זעט מען אז דאס איז א לשון פון גנב'נען; דאס מיינט מען צו פרעגן דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה", צי ער האט ארויס געכאפט פון זיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט צו לערנען תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד).


אז דו האסט צייט שטופ אריין אכצן פרקים משניות א טאג; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען אכצן פרקים משניות א טאג. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן ער זאל יעדן טאג לערנען ח"י פרקים משניות (שיחות הר"ן, סימן קפה); רבי נתן האט געהאט אזעלכע גרויסע מניעות אויף דעם, זיין טאטע פלעגט אים פארשעמען און טשעפען: "משניות? דו זאגסט משניות?! דער רבי האט דיר געהייסן 'זאגן' משניות?!" דאך האט ער דאס געטון מיט מסירות נפש און דעריבער האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


בנוגע וכו'; ווען די וועלט וואלט געוואוסט וואס דער רבי לערנט אונז וואלטן אלע געקומען הערן דעם רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "זיי זאלן מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיט'ן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#164 - ווי אזוי זאל איך זיך מסדר מיט מיינע שיעורים?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר פאר אלע שיעורים, איך וואלט באמת געדארפט שרייבן א באזונדערע גאנצע בריוו נאר צו דאנקען אויף אלעס וואס איך באקום פון די געוואלדיגע חיזוק שיעורים.


ספעציעל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן סדר דרך הלימוד וואס האט מיר צוגעבינדען צו די הייליגע תורה, איך לערן יעדן טאג אביסל פון אלע פופצן שיעורים וואס מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט, אויסער גמרא וואס איך לערן יעדן טאג זיבן בלאט כדי צו קענען ענדיגן יעדעס יאר ש"ס.


איך וויל אבער וויסן ווי אזוי זיך מסדר צו זיין, וויפיל און ווי אזוי צו לערנען יעדע שיעור.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לאזט זיך נישט נארן, דו לערנסט פלייסיג דיינע שיעורים בכל חלקי התורה; דו לערנסט אביסל פון אלע פופצן שיעורים פונעם סדר הלימוד וואס מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט אז מען זאל לערנען:


1) די ערשטע שיעור - מען זאל לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט'ן תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


2) די צווייטע שיעור - מען זאל לערנען יעדן טאג אביסל נ"ך; דער רבי האט געזאגט אז נ"ך איז זיין מוסר ספר, ווען מען לערנט נ"ך ווערט מען זייער נתעורר לתשובה.


3) די דריטע שיעור - מען זאל לערנען יעדן טאג משניות; משניות וואשט אויס די נשמה. עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן מהר"ם פאפירש (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "טוֹב לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען משניות, "וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם, נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", און אויב איינער קען לערנען אכצן פרקים - איז זייער גוט, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט אזא איינעם, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיט'ן לערנען אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית רחמנא לצלן, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'נען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיך נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפ'ן מענטש.


4) די פערטע שיעור - מען זאל לערנען יעדן טאג גמרא - תלמוד בבלי; לערנען ש"ס כסדרן א בלאט נאך א בלאט און נישט קוקן אויב מען פארשטייט אדער נישט. דאס מאכט ליכטיג פאר'ן מענטש; עס נעמט ארויס דעם מענטש פון אלע פינסטערנישן און עס פארברענט אלע קליפות וואס מען האט באשאפן פון עבירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, ווען מען לערנט גמרא פארברענט מען די קליפה; מען ווערט ריין.


5) די פיפטע שיעור איז תלמוד ירושלמי; ווען מען לערנט די הייליגע תורה איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, ער לערנט תורה יעדן טאג, זאגט דער אייבערשטער, "מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


6) די זעקסטע שיעור - מען זאל מען לערנען תוספתא; מוהרא"ש זאגט: אז מען לערנט יעדן טאג א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי און א פרק ת'וספתא - בויט מען זיך א בי"ת נצחי, אן אייביגע הויז; דאס וועט מען מיט נעמען אויף יענע וועלט.


7) די זיבעטע שיעור איז מדרש רבה; מוהרא"ש פלעגט אונז אסאך בעטן מיר זאלן האבן שיעורים אין מדרש, דאס ברענגט אריין א שטארקע גליסטעניש צו וועלן זיין גוט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה (ספרי עקב, יא, כב): "רְצוֹנְךָ לְהַכִּיר אֶת מִי שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", ווילסט זיך באקענען מיט'ן אייבערשטן?  לְמוֹד אַגָּדָה", לערן אגדה.


8) די אכטע שיעור - מען זאל לערנען מדרש תנחומא; ברסלב'ע חסידים פלעגן לערנען אסאך מדרש. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער אז ער זאל לערנען אסאך מדרש, שפעטער ווען רבי נתן איז אוועק פון דער וועלט פלעגט רבי נחמן טולטשינער פארלערנען מדרש פאר'ן עולם; מענטשן פלעגן זיצן שעות אויסהערנדיג ווי שיין ער לערנט פאר מדרש. אמאל איז געווען דארט א גרויסער רב און ער האט געהערט ווי שיין רבי נחמן טולטשינער לערנט פאר, ווי ער נעמט ארויס שיינע עצות און חיזוק פון מדרש, האט דער רב געפרעגט רבי נחמן טולטשינער: "איך האב דאך אויך געלערנט דעם שטיקל מדרש, פארוואס האב איך נישט געטראפן די שיינע שכל, עצות און חיזוק אין מדרש?" האט אים רבי נחמן געענטפערט: "איך האב די הקדמות פון מיין רבי - רבי נתן און פון רבי'ן - דער הייליגער רבי, אז מען לערנט מיט די הקדמות איז דאס גאר אנדערש".


9) די ניינטע שיעור - מען זאל לערנען רמב"ם; מוהרא"ש זאגט אז רמב"ם איז די ראשי תיבות: "מ'חיה מ'תים ב'רחמים ר'בים". ווייל די ספרים איז ממש מחי' מתים, עס ברענגט אריין א חיות אינעם מענטש, עס ברענגט אריין יראת שמים.


10) די צענטע שיעור - מען זאל לערנען טור.


11) די עלפטע שיעור איז שלחן ערוך; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען אן הלכה, אפילו נישט כסדרן וואו מען האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


12) די צוועלפטע שיעור - מען זאל לערנען זוהר הקדוש (עיין שיחות הר"ן, סימן קח).


13) די דרייצנטע שיעור - מען זאל לערנען תיקוני זוהר; דער רבי האט זייער אסאך געלערנט תיקוני זוהר. נישט נאר חודש אלול, נאר א גאנץ יאר פלעגט דער רבי אסאך לערנען תקוני זוהר; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קכח) אז אלע חכמות פון די וועלט ליגט אין ספר התיקונים.


14) די פערצנטע שיעור איז ליקוטי מוהר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: 'סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען'"; ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


15) די פופצנטע שיעור איז ליקוטי הלכות; ווייל נאר מיט רבי נתן פארשטייען מיר וואס דער רבי לערנט אונז, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט: "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר ר' נתן, און ר' נפתלי אביסל".


16) יעצט אז מיר האבן אשר בנחל האבן מיר זעכצן שיעורים, מען זאל לערנען יעדן טאג אביסל אשר בנחל; דאס פלאמט אויף דאס הארץ. דער ספר אשר בנחל איז מחזק יעדן איינעם; אין וואס פאר א מצב מען געפונט זיך נאר - הייבט עס אויף דעם מענטש און איז אים מחזק.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן וויפיל צו לערנען פון יעדע לימוד; תפילה ווייזט פאר'ן מענטש וואס צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#163 - וואס טו איך אז מיינע עלטערן לאזן מיר נישט האבן א כשר'ע סמארטפאון?
תהלים, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל מוז איך זיך באדאנקען פאר די וואונדערליכע שיעורים וואס האט געטוישט מיין לעבן. ובפרט דער סדר דרך הלימוד און די עצה פון התבודדות.


איך בין א בחור פון 16 יאר אלט, שוין פון גאר אלס קליין קינד, זייט איך געדענק, האב איך שוין אנגעהויבן טון עבירות מיט אנדערע קינדער, און זייט דעמאלט פאל איך אין די שמוציגע עבירות, אמאל מער און אמאל ווייניגער. ביז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און איך האב געטראפן די שיעורים, און צוביסלעך האב איך געקענט אנהויבן ארויסקריכן דערפון, פארשטייט זיך אז יעדן טאג האב איך נאך א וועלט מלחמה זיך צו האלטן ערליך.


איך לערן אין א מצוינ'דיגע ישיבה, איך הייס פון די בעסטע בחורים אין מיין שיעור, מיין טאטע און מאמע האב נישט קיין אנונג וואס איך גיי אריבער, און דערפאר לאזן מיר נישט קויפן א סמארטפאון, איך רעד פון א כשר'ע סמארטפאון מיט א גוטע פילטער, זיי לאזן מיר נאר קויפן א פשוטע טעלעפאן אן קיין טעקסט.


אונזער משפחה הייסן מער אפענע קעפ, אבער אזוי ווי איך בין דער "גוטער" בחור האבן זיי מער מורא פאר מיר, זיי כאפן אבער אז איך האלט שוין לאנג נאך די אלע זאכן, איך וויל נאר די סמארטפאון פאר כשר'ע זאכן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה און חיזוק איבער דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווילסט הערן דעם אמת? דער אמת איז אז דיינע עלטערן זענען גערעכט; דו ביסט זייער א וואוילער בחור. פון די ווערטער וואס דו שרייבסט זעט מען אז דו ביסט טאקע פון די בעסטע בחורים אין ישיבה; דו שרייבסט אזוי שיין ווי דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף דיר אז דו האסט זיך דערוואוסט פון הייליגן רבי'ן און ווי דער דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו) און די עצה פון התבודדות האט געביטן דיין לעבן, ווי דו הייבסט אן ארויסצוקריכן פון וכו' - ביסטו דאך טאקע א וואוילער בחור.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט די צוויי עצות; ערשטנס - מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה. זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, תרגום מיט רש"י; זונטאג זאלסטו לערנען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; נאכדעם מאך זיך א שיעור אין משנה, דאס וועט אויסוואשן דיין נשמה פון אלע עוונות און חטאים; נאכדעם זאלסטו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, הייב אן ש"ס און גיי כסדרן. אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה, וועט דער אייבערשטער דיר פארצייען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


צווייטנס - זיי זיך מתבודד; זוך דיר אויף א שטילע פלאץ, דארט זאלסטו זיך אויסרעדן צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף די אלע מעשים מגונים, די מעשי תועבה אין וואס דו ביסט אריין געפאלן פון אלס יונג קינד; דו דארפסט אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף די שרעקליכע עבירות וואס דו ביסט באגאנגען, אזוי וועט דיר דער אייבערשטער מוחל זיין.


זע צו זאגן אביסל תהילים, דאס וועט דיר צוריק ברענגען צום אייבערשטן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#162 - איז נאך דא א וועג פאר מיר צו האבן א זיס לעבן?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, בחור, משניות, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


לעצטנס האב איך אנגעהויבן צו הערן אייערע שיעורים און די חיזוק יומי, און עס איז מיך זייער מחזק.


איין זאך שטערט מיר אבער זייער שטארק, אז איר רעדט זייער שטארק קעגן פגם הברית, און איך בין טיף איינגעטונקען אין דעם שוין פון די ניין יאר, און עס ווערט נאר ערגער און ערגער, כמעט יעדן צווייטן טאג פאל איך נאכאמאל דורך.


ביי אייערע שיעורים הער איך אז מען דערלייגט דעם שידוך, מען ווערט משוגע און אזוי ווייטער. און דאס צעברעכט מיר זייער שטארק. איך בן שוין היינט כמעט 18 יאר, מיינט דאס אז איך גיי שוין האבן א ביטער לעבן? איז נאך דא עפעס צו טון דאס צו פאררעכטן, און פון יעצט ארויסקריכן דערפון?


איך וויל נאך יא האבן א זיסע גוטע לעבן, איז נאך דא א וועג פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי איינער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן ווערט אוועק געריסן פונעם אייבערשטן, דער הייליגער זוהר זאגט (ויחי ריט:): "לֵית לָךְ חוֹבָא בְּעָלְמָא דְּלָא אִית לֵיהּ תְּשׁוּבָה", עס איז נישט דא אן עבירה וואס עס העלפט נישט דערויף תשובה, "בַּר מֵהַאי", אויסער ווען א מענטש איז פוגם בברית, אויף דעם העלפט נישט תשובה, "וְלֵית לָךְ לְחֲיָיבָא דְּלָא חֲמָּאָן אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", עס איז נישט דא קיין זינדיגער מענטש וואס וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן, "בַּר מֵהַאי", נאר ווער עס זינדיגט אין פגם הברית; די עבירה פון פגם הברית אזוי אזוי הארב, ווייל פון יעדע טיפה וואס דער מענטש איז מוציא לבטלה קען ווערן א קינד, איז עס אזוי ווי דער מענטש הרג'עט זיינע קינדער. דאס איז ווען א מענטש זינדיגט איין מאל וכו', כל שכן אויב א מענטש זינדיגט אסאך מאל, ווערט ער דערווייטערט פונעם אייבערשטן, אזוי זאגט דער הייליגער זוהר.


אבער וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס מוטשען זיך און זענען געפאלן אין די עבירה, דער רבי הייבט אויף די אלע נשמות און מיט זיינע זיסע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


די עבירה פון פגם הברית איז טאקע זייער גרויס אבער דער רבי איז נאך גרעסער; דער רבי איז אזוי גרויס, ער ברענגט אלע צוריק צום אייבערשטן, ער איז מגלה פאר אלעמען אז עס העלפט יא תשובה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך; איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט".


די ערשטע זאך זאלסטו זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי"; די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ). דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף שוין גארנישט זארגן; נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט אראפ ברענגען דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין, א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון"; זאלסטו יעדן טאג זאגן די תיקון הכללי.


צווייטנס, מאך זיך א שיעור אין משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן; אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט מען דעם מח. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביז'ן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן, מען ווערט א פאר'חלומ'טער, מען ווערט א צעמישטער, דער קאפ פליט מיט טויזנט מחשבות; זאלסטו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד, רַק הָאֲמִירָה לְבַד; לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין.


אין אנהייב וועסטו נישט האבן אזא געשמאק אין דעם אבער אז דו וועסט דאס טון מיט עקשנות, דו וועסט לערנען משניות אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דו וועסט זאגן פרקים משניות יעדן טאג, וועט דאס דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו מענטשן וואס זענען ווייט פון קדושה - מען פאלט אין עבירות רחמנא לצלן, מען ליגט אין שאול תחתית רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", דאך איז די תורה אזוי שטארק, די תורה קען ארויס ציען אפילו אזא איינעם פון זיין פלאנטער, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, "כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אז דו ווילסט באמת ארויסקריכן פון דיין שלעכטע געוואוינהייט זאלסטו פאלגן דעם רבי'ן, זאלסט זיך מאכן א שיעור אין משניות, דאס וועט דיר ארויסשלעפן פון דיין פלאנטער.


א רחמנות אויף דיר, דו מוטשעסט זיך שוין פון אלס קינד מיט עבירות, דער סמ"ך מ"ם האט דיר פארכאפט ביי די ניין יאר השם ירחם, דאך איז דא אפילו פאר דיר א וועג ארויס. אזוי ווי רבי נתן דערציילט, אז בשעת דער רבי האט געזאגט דעם שמועס אז תורה קען ארויסשלעפן א מענטש פון עבירות האט ער געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן", האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן, וועט די תורה ארויסשלעפן פון בלאטע און אים מאכן פאר אן ערליכער איד".


דריטנס, זאלסט זיך מתבודד זיין יעדן טאג; זוך אויף א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, גיי אהין און רעד זיך אויס דאס הארץ. דערצייל פאר'ן אייבערשטן אז דו ביסט אזוי ווייט פארקראכן אין די טומאה, שוין לאנגע יארן וואס דו זינדיגסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וויין צו אים ער זאל דיר מוחל זיין; מיט דעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די דריי זאכן: יעדן טאג זאגן תיקון הכללי, יעדן טאג לערנען אפאר פרקים משניות און זיך מתבודד זיין יעדן טאג - וועסטו ביז א קורצע צייט ארויס קריכן פון די טומאה און דו וועסט ווערן אן ערליכע איד, אן אמת'ער בעל תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#161 - איך וויל אנהויבן לערנען, ווי אזוי הויבט מען אן?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן ארבייטס אינגערמאן, כ'האב נישט צופיל צייט צו לערנען, און איך וואלט זייער שטארק געוואלט אנהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון מוהרא"ש.


איך פארשטיי אבער נישט פונקטליך ווי אזוי דאס ארבעט, דארף מען קודם ענדיגן גאנץ משניות, אדער קודם יעדע מסכתא 101 מאל? און דאס איז מסכתות פון משניות אדער פון גמרא?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מסביר זיין און קלאר שטעלן ווי עס ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הייב אן מיט משניות; גיי אין א סדר א פרק נאך א פרק ביז דו וועסט ענדיגן א מסכתא, נאכדעם זאלסטו גיין צום צווייטן מסכתא ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים. נאכדעם זאלסטו גיין צו סדר מועד, זאלסט לערנען א פרק נאך א פרק ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה; ווען דו ענדיגסט ששה סדרי משנה זאלסטו אנהייבן נאכאמאל אויף דעם אופן, זאלסט לערנען א פרק נאך א פרק; אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן, זאלסט קיינמאל נישט אפלאזן דעם משניות, דאס וועט אריין ברענגען אין דיר א גליסטעניש צו די הייליגע תורה, דו וועסט וועלן לערנען נאך און נאך.


אויך זאלסטו זיך מאכן יעדן טאג א שיעור צו לערנען גמרא; הייב אן מסכת ברכות און גיי כסדרן א בלאט נאך א בלאט. קוק נישט אויף דעם אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דו זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו אן פארשטיין, דאס וועט פארשניידן אלע קליפות ומשחיתים; צדיקים טייטשן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמּוֹרְתָּא תְּהֵא", "גְּמָרָא גְמוֹר" – אויב דו וועסט לערנען גמרא, דעמאלט: "זְמּוֹרְתָּא תְּהֵא" – דאס איז א לשון פון: 'לְזַמֵּר אֵת כָּל הֱעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֵת כָּל הַקּוֹצִים", אז מען זאגט גמרא פארשניידט מען אלע שלעכטס.


אפילו דו פארגעסט, דו געדענקסט נישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן זאלסטו ווייטער גיין אין א רייע איין בלאט נאכן צווייטן; אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן, זאלסט קיינמאל נישט אפלאזן די היייליגע גמרא. דאס וועט דיר ברענגען פרנסה, עס וועט דיר רייך מאכן.


דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קלז): עס זענען געווען צוויי אינגעלייט זייער נאנטע חברים, איינמאל האט איינער געזען אויף זיין חבר אז ער האט געטון נישט קיין שיינע זאך, שפעטער האט ער געזען ווי דער חבר האט געטון א גרויסע עבירה האט ער זיך אפגעשאקלט פון אים און זיי האבן זיך צעטיילט. נאך א שטיק צייט זעט ער ווי דער חבר הייבט אן מצליח זיין, אבער ער זעלבסט איז געווארן א גרויסער ארעמאן, האט ער אנגעפאנגען האבן קשיות אויפ'ן אייבערשטן: 'איך ווייס דאך אז יענער האט געטון א גרויסע עבירה, פארוואס גייט אים אזוי גוט? ער איז מצליח, ער איז א גרויסער עשיר', איינמאל האט ער געזען ווי עס שטייט א קופקע און עס הערט זיך ארויס פון דארט א גרידער ווי מען ציילט געלט, איז ער אהין געגאנגען און ער איז צוגעגאנגען צו די געלט, ווען ער האט געוואלט קומען נאנט האט מען אים אפגעשטעלט און אים געזאגט: "ריר נישט צו צו די געלט, די געלט באלאנגט פאר דיין אלטער חבר", האט ער זיי געפרעגט: "איך פארשטיי נישט, פארוואס קומט אים אזויפיל געלט, איך האב דאך געזען מיט מיינע אויגן ווי ער טוט אן עבירה?" האט מען אים געענטפערט אזוי: "דיין חבר האט זיך קובע געווען צו לערנען יעדן טאג תורה, ער האט זיך פארגענומען חק ולא יעבור אז ער גייט לערנען יעדן טאג, אבער דו לערנסט גארנישט, דערפאר געבט מען פאר דיין חבר געלט אפילו ער האט געטון אן עבירה ווייל "מעות" איז ראשי תיבות וְ'אֵין עֲ'בֵירָה מְ'כַבֶּה תּ'וֹרָה (סוטה כא.), עבירה לעשט נישט אויס די תורה", קוק נאך די מעשה דארט.


איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס דעמאלט קענסטו אנהייבן א שיעור אויף דעם וועג פון איין מסכתא הונדערט און איין מאל; דאס ווענדט זיך אינעם מענטש, עס זענען דא וואס הייבן אן נאכאמאל ש"ס כסדרן און ווען זיי זענען מסיים הייבן זיי אן נאכאמאל און אזוי ווייטער, נאכדעם זענען דא וואס נעמען איין מסכתא און זיי גייען דאס איבער הונדערט און איין מאל, דאס ווענדט זיך לויט יעדן מענטש.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער לערנט די הייליגע תורה - דער דארף שוין קיינעם, אזוי ווי דער רבי האט איינעם געפרעגט (שיחות הר"ן, סימן יז): "פארוואס לערנסטו נישט? דו וועסט דאך באקומען עולם הבא פאר דיין לערנען?!" און דער רבי האט אים געזאגט: "איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו שפירן א ליבשאפט צו די תורה, וועסטו שוין נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענער וועלט, דו וועסט נאר וועלן לערנען נאך און נאך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#160 - קען מען פשוט זאגן די ווערטער פון תורה?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק און שיעורים וואס זענען מיר אלעמאל מחזק, ספעציעל יעצט ווען די גאנצע וועלט גייט דורך אזא שווערע צייט.


איך האב געהערט צוויי אידן זיך טענה'ן איבער'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, איינער האט געזאגט אז דאס מיינט פשוט צו זאגן בלויז די ווערטער, און דער צווייטער האט געהאלטן אז מ'דארף יא פרובירן צו פארשטיין וואס מ'לערנט, נאר אויב קומט מען צו א שווער שטיקל וואס מ'פארשטייט נישט, זאל מען נישט בלייבן שטיין דארט, נאר זיך רוקן ווייטער.


וויל איך וויסן וואס דער אמת איז וועגן דעם, און אויך צי דער דרך הלימוד איז טאקע געמאכט פאר יעדן איינעם, אדער נאר פאר איינעם וואס קענען נישט לערנען אויף אן אנדערן אופן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו זיך טענה'ן מיט אנדערע? וואס דארף דיר אנגיין וואס אנדערע זאגן? א קלוגער מענטש טוט וואס איז גוט פאר אים, עס אינטערעסירט אים נישט וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט; פרעג איך דיר, פארוואס דארפסטו זיך מבלבל זיין פון אנדערע? נאך אביסל וועלן מיר דארפן איבער לאזן די וועלט, דעמאלט וועט מען זען דאס ווארהייט און גרויסקייט פון דעם רבינ'ס דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד'; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?" דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם", פרובירט אליינס אויס דעם דרך הלימוד וועט איר זען ווי זיס און געשמאק דער אייבערשטער איז, "הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


ווען א מענטש לערנט תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט איז דאס זייער טייער ביים אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חָדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין", און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', אזוי ווי עס שטייט (משלי ה, יט): "בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד", פון ליבשאפט צו די תורה לערנט ער שטענדיג, אפילו מיט גרייזן.


וואס זאל איך דיר זאגן, יעדן טאג וואס גייט אריבער אן תורה איז מען א גרויסער רחמנות; דאס לעבן גייט פארביי אזוי ווי א שאטן, אזוי ווי דער פסוק זאגט (דברי הימים-א כט, טו): "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (מדרש בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן נאר עס פליט אדורך אזוי ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגות. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און ווערן נישט מקורב, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן – (וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן, טראכטנדיג: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#159 - ווי אזוי קען איך זיך באדאנקען פאר די הערליכע לעבן וואס כ'האב באקומען?
לימוד התורה, הכרת הטוב, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען אויף די געוואלדיגע שיעורים וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן אין אלע הינזיכטן, זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, מיט בערך א האלב יאר צוריק, האט זיך מיין גאנצע לעבן געטוישט צום גוטן, איך האב פשוט אנגעהויבן לעבן.


ספעציעל דארף איך זיך באדאנקען פאר די וואונדערליכע סדר דרך הלימוד. אלס בחור אין ישיבה גדולה האב איך ליידער כמעט נישט געעפנט קיין גמרא, נאך די חתונה האב איך פרובירט צו מאכן א שיעור מיט א חברותא יעדע נאכט, אבער ס'איז אלץ געווען פארשידענע סיבות און שטערונגען אז מיר האבן נישט געקענט לערנען געהעריגע, זייט דעמאלט האב איך שוין אנגעהויבן 6 מסכתות, אבער קיין איינס האב איך נישט זוכה געווען צו ענדיגן.


ביז ווען דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און איך האב געטראפן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך האב מחליט געווען צו פאלגן, און דעם שבת גייט איך אי"ה פראווען א גרויסע סיום אויף מסכת ברכות!


איך בין שוין 24 יאר אלט, און דאס איז די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך ענדיג א מסכתא פון דעקל צו דעקל. אין צוגאב צו דעם וואס איך בין זאג תהלים יעדן טאג, און איך בין מעביר סדרה. לעצטנס האב איך געטראפן א מפיץ וואס האט מיר געגעבן אויך ספרים און קונטרסים, און איך בין זיך ממש מחי'.


איך קען נישט גענוג זיך באדאנקען אויף די שיינע זיסע לעבן וואס איך האב באקומען פון אייך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יישר כח פאר דעם שיינעם בריוו וכו'.


וויסן זאלסטו אז דער דרך הלימוד איז נישט מיין דרך הלימוד, דאס איז פון הייליגן רבי'ן; דער יישר כח קומט זיך פאר'ן רבי'ן און באזונדער פאר מוהרא"ש וואס האט דאס אנטפלעקט פאר די וועלט.


ווער עס הייבט אן צו לערנען אויף דעם וועג עפנט זיך אויף פאר אים א נייע וועלט; מען זעט אז עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צו לערנען און צו ענדיגן די גאנצע תורה. אפילו מען פארשטייט נישט אין אנהייב וואס מען לערנט לערנט מען ווייטער אן פארשטיין ביז מען איז זוכה צו פארשטיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין, מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל מען לערנען צו פארשטיין, ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


עס איז נישט שייך צו פארשטיין דעם דרך הלימוד, מען דארף עס אויספרובירן; אז מען פרובירט דאס אויס איז ממש מחי' נפשות. מען הייבט אן לערנען און מען שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט אויף דער וועלט, ווייל געווענליך ווען מען לערנט וויל מען פארשטיין און אז מען פארשטייט נישט ווערט מען צעבראכן און מען הערט אויף לערנען, דעריבער האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען. זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט, אנדערש איז ווען דער מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - ענדערש לערנען שנעל און אסאך, אדער ענדערש ווייניגער און קלארער?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, איך הער לעצטנס אסאך שיעורים, און ס'האט מיר פיל געהאלפן אין לעבן, ספעציעל פאר שלום בית, און דער סדר דרך הלימוד וואס האט מיר געמאכט צוריק עפענען די הייליגע תורה און אנהויבן לערנען פלייסיג.


אויך וויל איך דערציילן איבער א בחור וואס איך קען, וואס צוויי פון זיינע ברידער זענען ליידער אוועקגעפאלן פון אידישקייט, און ער האט שוין אויך געהאלטן אויפ'ן וועג אהין, ער האט זיך ארומגעדרייט ליידיג אן קיין שום תוכן, און נאר געווען פארנומען זיך צו קריגן מיט די הנהלה פון זיין ישיבה. און לעצטנס איז ער געוואויר געווארן פון די שיעורים, און זיין לעבן האט זיך ממש אינגאנצן געטוישט פון הימל ביז ערד, ער האט אנגעהויבן זאגן משניות, גמרא, מעביר סדרה זיין, און אזוי ווייטער. איך מיין אז פאר דעם בחור אליין האט זיך שוין געלוינט דעם גאנצן טעלעפאן ליין.


יעצט צו מיין שאלה, איך האב אנגעהויבן לערנען גמרא אויפ'ן סדר דרך הלימוד, אבער יעדע שטיק צייט קומט מיר אריין מחשבות אז איך קען יא פארשטיין, און אזוי גייט עס אז איך לערן שנעל א דריי בלאט, און נאכדעם הויב איך אן לערנען אביסל שטייט פאר איין בלאט, און נאכדעם ווער איך נערוועז און איך רוק זיך ווייטער שנעל דריי בלאט, און נאכדעם ווייטער אביסל שטייט, און אזוי גייט עס נאכאמאל און נאכאמאל, און איך ווער אינגאנצן צעמישט ווי אזוי איך זאל זיך אומגיין, ווייל איך וויל יא קענען אנקומען אסאך בלעטער. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך צוויי שיעורים. איין שיעור זאלסטו לערנען שטייטליך; זאלסט פרובירן צו פארשטיין וואס דו לערנסט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט מען זאל האבן א שיעור יעדן טאג צו לערנען בעיון, פארשטייט זיך נישט צו שטארק קוועטשן נאר פרובירן צו פארשטיין.


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן שיעורים צו לערנען בגירסא אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן וואס האט אונז געזאגט מען זאל לערנען אסאך אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (עיין שבת סג.): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיי"ש.


אז דו וועסט האבן באזונדערע שיעורים וועסטו נישט ווערן מבולבל וכו', דו וועסט זיין מסודר און דו וועסט זוכה זיין אנצוקומען צו לערנען די גאנצע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#157 - מ'טראגט מיר אן א שידוך, און זיי ווילן איך זאל לערנען אין כולל, וואס טו איך?
שידוכים, לימוד התורה, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך. א גרויסן יישר כח.


לעצטנס האט מען מיר אנגעטראגן א שידוך, און די מיידל'ס משפחה פרעגט אויב איך גיי לערנען אין כולל נאך די חתונה פאר עטליכע יאר. איך שפיר אז איך בין נישט געמאכט פאר דעם, איך ארבעט שוין יעצט רוב טאג, און איך האב שיעורים צו לערנען עטליכע שעה אין טאג. איך מיין אז אויב וועל איך נישט זיצן א גאנצן טאג אין כולל, איך וועל נאר האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט, וועט זי מיר נישט ארויפקוקן, ווייל איר האט מען אזוי מחנך געווען אז ס'איז נאר חשוב אויב מ'לערנט א גאנצן טאג.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען רעדט דיר א שידוך און די איינציגסטע פראבלעם איז יא כולל נישט כולל, זאלסטו זיך נישט אפהאלטן צו טון דעם שידוך.


נאך די חתונה וועסטו זיך קובע זיין צו לערנען און אויך וועסטו ברענגען פרנסה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן", עס איז גוט מען זאל לערנען און ארבעטן, אזוי איז נישט דא קיין צייט צו טון נארישקייטן.


מען קען ארבעטן און אין די זעלבע צייט אויסנוצן די צייט, לערנען פלייסיג יעדע מינוט וואס מען האט, און מען קען זיצן אין כולל און בטל'ן די צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע אידישע ערליכע שטוב.

#156 - זאל איך ענדערש לערנען בעיון, אדער ענדערש שנעל?
לימוד התורה, מלמדים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען אויף די געוואלדיגע חיזוק וואס איך הער שוין פאר עטליכע חדשים, עס האט מיר ממש געטוישט מיין לעבן.


איך האב א זאך וואס לאזט מיר נישט קיין מנוחה, כלל ישראל האט לעצטנס אנגעהויבן ש"ס על הסדר, און דאס האט מיר געצויגן אויך אנצוהויבן לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, איך ווייס אויך פונעם סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגע רבי האט אונז געגעבן אז מ'קען לערנען גמרא אפילו מ'זאגט בלויז די ווערטער, איך בין אבער נאכאלץ מסופק אויב איך זאל ענדערש לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג אפילו אן פארשטיין, אדער ענדערש לערנען אביסל אויף אמאל און יא פרובירן צו פארשטיין.


איך בין א מלמד און איך האב נאר אביסל צייט אין טאג צו לערנען, איך האב נישט קיין צייט פאר צוויי שיעורים, איינס צו לערנען אביסל בעיון און די צווייטע צו זאגן אסאך, וואס זאל איך ענדערש טון.


דערווייל האב איך אנגעהויבן מסכת ברכות צו לערנען א בלאט יעדן טאג, אבער איך בין נישט רואיג אויב איך גיי אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין סתירה, מען קען טון ביידע; אפילו א מלמד האט גענוג און נאך צייט צו טון ביידע, סיי לערנען אסאך אויפ'ן סדר דרך הלימוד און אויך האבן א שיעור בעיון. אינעם זעלבן שיחה וואו דער רבי זאגט מען זאל לערנען שנעל אפילו מען פארשטייט נישט, זאגט דער רבי (שיחות הר"ן סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", א מענטש זאל אויך האבן א שיעור צו לערנען בעיון אביסל יעדן טאג.


לערן ווי אזוי עס קומט דיר אויס בעסער; קענסט לערנען שנעל, קענסט לערנען בעיון, דער עיקר זאלסטו זען זיך נישט צו לאזן נארן, עס זאל נישט אריבער גיין א טאג אן לערנען די הייליגע תורה. ווען עס קומט צו גשמיות דארט לאזט זיך דער מענטש נישט נארן, קיינער גייט נישט שלאפן הונגעריגערהייט, אז מען האט נישט קיין פיש און פלייש וועט מען עסן גרינצייג און דאס גלייכן, אזוי דארף א מענטש זיך פירן מיט לערנען תורה, זיך נישט לאזן נארן; נישט טראכטן 'מארגן וועל איך זיין אויסגערוט וועל איך דעמאלט לערנען', 'קומענדיגע וואך וועל איך זיין מער מסודר וועל איך נעמען א חברותא', 'דעם קומענדיגן חודש ווען אלעס וועט אריבערגיין וכו' הויב איך אן מיט א פרישקייט צו לערנען', 'דעם אנדערן יאר וועל איך אנהויבן לערנען', דאס מיינט זיך גענאר'ט; וואלט דער מענטש געלערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד, ער וואלט נישט געקוקט אויף דעם אויב ער פארשטייט יא אדער ער פארשטייט נישט, דאן וואלט ער זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג און ער וואלט זוכה געווען אנצוקומען אזויפיל לערנען וואס א צווייטער קומט בכלל נישט אן דורכאויס דעם גאנצן לעבן. ביי אים וועט מקוים ווערן דער פסוק (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ, וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן"; וואס די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (שמות רבה נג, ב): "אֵימָתַי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת?" ווען לאכט די תורה צום מענטש, ווען זעט דער מענטש וואס ער האט אלץ געטון אין זיין לעבן? "הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", ביים לעצטן טאג; דעמאלט וועלן אפיר קומען אלע פרקים משניות און דפים גמרא, דעמאלט וועט מען זען די ווארהייט פונעם סדר דרך הלימוד; דאס גרויסקייט פון די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם; דו זיי ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג כאטשיג א בלאט גמרא אפילו אן פארשטיין, ווען מען וועט דיר באגלייטן ביי דיין לויה וועט מען טראגן א ספר תורה, מען וועט נישט טראגן סתם אן ארון פון א נפטר, עס וועט זיין אן ארון הקודש, א ארון מלא ספרים; עס וועט ליגן אינעם ארון: חֲמִשָּׁה חוּמְשֵׁי תּוֹרָה, נְבִיאִים וּכְתוּבִים, שִׁשָּׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, בַּבְלִי, יְרוּשַׁלְמִי, תּוֹסֶפְתָּא, רַמְבַּ"ם, טוּר, שֻׁלְחָן עָרוּך, אלע מִּדְרָשִׁים, זוֹהַר וְתִּקּוּנִים, כָּל סִפְרֵי רַבֵּינוּ וכו', וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - וואס טוט מען ווען ס'איז שווער צו טון די סגולות פאר א שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, סגולות, תפלות אויף אידיש, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר די שיעורים, עס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


איך בין א בחור, און איך וויל זייער שטארק שוין חתונה האבן, איך האב פרובירט צו זאגן 40 טעג מסכת תענית, אבער ווען איך הויב אן צו זאגן, נאך א האלבע שעה ווער איך זייער אנגעשטרענגט, מיין קאפ און מיינע אויגן הויבן אן וויי צו טון, און איך קען נישט ווייטער זאגן.


און די זעלבע איז מיט'ן אויסזאגן גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש, איז מיר זייער שווער צו זאגן אזוי לאנג אויף איין מאל.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן אנדערע סגולה וואס אויך איך זאל קענען טון אז איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און חתונה האבן בקרוב מיט מיין ריכטיגע זיווג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט זייער שטארק חתונה האבן זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל אזוי שטארק חתונה האבן, עס איז מיר זייער שווער צו זיין איינער אליין, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין זיווג"; די תפילה זאלסטו זאגן אן א שיעור מאל פאר'ן אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב ממש.


זע צו לערנען וויפיל דו קענסט; דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "מעט גם כן טוב", אביסל איז אויך גוט; לערן אביסל חומש יעדן טאג, אביסל משניות יעדן טאג, אביסל גמרא און אזוי ווייטער. קוק נישט אויף אנדערע, זיי שטארק מיט דיין וועג, מיט דיין סדר; וועסטו זייער שיין מצליח זיין.


בנוגע וואס מוהרא"ש האט געגעבן א סגולה פאר בחורים צו לערנען פערציג טעג מסכת תענית, דאס איז פאר דער וואס קען; בחורים וואס קענען עברי, זיי האבן געזונטע אויגן וכו' וכו', זיי האט מוהרא"ש געמיינט זיי זאלן ענדיגן די מסכתא יעדן טעג פאר פערציג טעג. אבער אז איינער קען נישט אזוי גוט עברי, ער קען נישט לערנען אזויפיל, דער זאל לערנען אויף זיין וועג וויפיל ער קען לערנען.


אז עס איז דיר שווער צו זאגן א גאנצע מסכתא, די אויגן טוט דיר וויי און די עברי נעמט דיר לאנג וכו', זאלסטו לערנען אויף דיין וועג; זאלסט לערנען וויפיל דו קענסט, דאס וועט זיין דיין סגולה א חתן צו ווערן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אָדָם אֶת דַּעְתּוֹ לַשָּׁמַיִם", דער וואס טוט אסאך און דער וואס טוט ווייניג - זענען ביידע חשוב ביים אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער קוקט אויף די הארץ פונעם מענטש.


צעקלאפ זיך נישט אז דו קענסט נישט טון וואס אנדערע טוען; נעם אריין אין דיר וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן שה): "מען האט גאר ניט צו טאהן", אזוי ווי די הייליגע חז"ל זאגן (מנחות צט.): "תָּנָא דְבֵי רֶבִּי יִשְׁמָעֵאל, דִּבְרֵי תוֹרָה לֹא יְהוּ עָלֶיךָ חוֹבָה, וְאִי אַתָּה רַשַּׁאי לִפְטוֹר עַצְמְךָ מֵהֶם"; דאס איז א וויכטיגע כלל אין לעבן, מען זאל נישט נעמען קיין אנגעצויגנקייט פון קיין שום זאך אויף די וועלט, גארנישט מוז זיין אזוי און אזוי, ווייל זייער אסאך מאל ווען א מענטש באקומט פרעשור (דרוק) אז ער דארף לערנען אסאך דעמאלט לערנט ער גארנישט, אויב וואלט ער נישט גענומען קיין פרעשור נאר ער וואלט געלערנט אביסל, וואלט ער ביים סוף אנגעקומען צו לערנען גאר אסאך.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך און וואס שנעלער חתונה האבן.

#154 - זאל איך צוריק אין ישיבה נאכדעם וואס זיי האבן מיר ארויסגעווארפן?
לימוד התורה, בחור, ישיבה, סדר היום, חסד, ביקור חולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון כמעט 19 יאר, און מיין ישיבה האט מיר ארויסגעווארפן ווייל איך בין געגאנגען באזוכן א חולה אין שפיטאל, און זיי לאזן מיר נישט צוריק קומען נאר אויב איך ברענג פינף הונדערט דאלער.


איך ווייס נישט וואס צו טון, קודם איז מיר זייער שווער צו געבן דאס געלט, און בכלל לערן איך שוין אין די ישיבה שוין קרוב צו צוויי און האלב יאר, און איך בין גארנישט געשטיגן דארט, נאר געפאלן אין יראת שמים, און יעדע פאר וואכן מאכט מען מיר דארט משוגע מיט אנדערע זאכן, אויסער דעם וואס איך בין זייער צעבראכן סתם אזוי פון ווארטן אויף מיין שידוך וואס קיינער פארשטייט מיר נישט. ווען איך וואלט שוין געווען יעצט א אינגערמאן וואלט איך שוין געקענט האבן א (כשר'ע) טעלעפאן וכדומה, און איך וואלט קיינעם נישט געדארפט געבן דין וחשבון.


מיין שאלה איז אויב איך זאל צוריקגיין און באצאלן, און זיך ווייטער ארומשפילן מיט זיי ווי אין נורסערי, אדער זאל איך ענדערש גיין אין כולל זיך זעצן לערנען מיט א חברותא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי צוריק אין ישיבה, בעט איבער דיינע מגידי שיעורים און מנהלים; נעם זיך פאר צו האלטן די זמנים וואס מען פארלאנגט אין ישיבה, וועט מען דיר צוריק נעמען. מען קען נישט אנטלויפן אינמיטן סדר; אז מען איז איינגעשריבן אין א מסגרת, אין א כולל אדער ישיבה, קען מען נישט קומען און גיין ווען מען וויל און וואו מען וויל, מען דארף האלטן די סדרים, נאר אזוי קען מצליח זיין.


פארוואס זאלסטו נישט אויסנוצן די יארן מיט התמדת התורה? יעצט איז א צייט וואס דו קענסט לערנען אן קיין שטערונג; אמת טאקע, עס איז זייער שווער פאר א בחור, דו האלסט נישט אויס, דו ווילסט שוין זיין חתונה געהאט, דו ווילסט זיין ערליך און אפגעהיטן, דער יצר הרע פלאקערט און ברענט מען שפירט ווי מען ווערט פארברענט יעדע רגע, עס איז זייער שווער, אבער פון די אנדערע זייט קענסטו יעצט לערנען מיט גרויס התמדה אן קיין שטערונגען. אז דו וועסט זיך מסדר זיין מיט א גוטע סדר און לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, וואס האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט אזוי גוט וואס מען לערענט זאל מען ווייטער לערנען, נישט בלייבן שטיין וכו' - קענסטו ביז א קורצע צייט לערנען און ענדיגן כל התורה כולה.


מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג אביסל מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום, מיט רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך; דער הייליגער מחבר פסק'נט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין. דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


נאכדעם זאלסטו מאכן א שיעור אין משנה – הויב אן לערנען מסכת ברכות א פרק נאך א פרק, ווען דו ענדיגסט מסכת ברכות הויב אן מסכת פאה נאכדעם מסכת דמאי און אזוי ווייטער; אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, דו לערן ווייטער אפילו אן פארשטיין, מיט די צייט וועט דער אייבערשטער העלפן דיין קאפ וועט זיך עפענען און דו וועסט אנהויבן פארשטיין.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס מען איז זוכה דורך משניות וואלטן אלע געלערנט משניות; דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער, און ווען ער האט געזאגט משניות פלעגט זיך דער מגיד באווייזן צו אים, אזוי ווי דער בית יוסף ברענגט (ספר מגיד מישרים משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין לימוד גמרא, חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא"; זאגן אויף דעם צדיקים "גְּמָרָא גְמוֹר" – אויב דו לערנסט גמרא, דעמאלט "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" – וועסטו פארשניידן אלע קליפות וואס נעמען ארום די נשמה הקדושה. ווייל "זְמוּרְתָּא", איז א לשון פון: "לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה", וואס דאס גייט ארויף אויף נשמות ישראל; און ווען מען לערנט תורה ווערן אלע קליפות פארברענט.


קוק נישט צי דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער נישט; דו זאג נאר די ווערטער פון די הייליגע גמרא. חכמינו הקדושים זאגן (שיר השירים רבה ב, טו): "אָמַר רַבִּי אַחָא, עַם הָאָרֶץ שֶׁקּוֹרֵא לְאַהֲבָה אֵיבָה, כְּגוֹן וְאָהַבְתָּ וְאָיַבְתָּ, אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא 'וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה'", אן עם הארץ וואס זאגט די ווערטער פון די תורה מיט גרייזן; אנשטאט זאגן: "וְאָהַבְתָּ אֵת ה'" מען זאל ליב האבן דעם אייבערשטן, זאגט ער: "וְאָיַבְתָּ אֵת", מען זאל פיינט האבן, זאגט דער אייבערשטער (שיר השירים ב, ד): "וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", איך האב ליב זיינע גרייזן; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער באליבט דער וואס לערנט תורה - אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און אפילו ער זאגט עס מיט גרייזן, ער זאגט דאס פארקערטע וואס מען דארף ווען זאגן, אזוי באליבט איז ביים אייבערשטן דער וואס לערנט תורה, עיין שם.


זוך זיך נישט קיין מצוות אין די צייט וואס מען לערנט אין ישיבה, דער הייליגער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו זאגט (זרע קודש, פרשת שופטים) ווען דער יצר הרע זעט א מענטש לערנען וויל ער אים שטערן, דער יצר הרע ציטערט פון זיין לערנען ווייל דורך תורה ווערט דער יצר הרע בטל ומבוטל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "אִם אֶבֶן הוּא", אפילו מען האט א שטארקער יצר הרע אזוי שטארק ווי שטיין, "נִמּוֹחַ", ווערט ער צעגאנגען דורך תורה, "וְאִם בַּרְזֶל הוּא", אפילו מען האט א שטארקער יצר הרע אזוי שטארק ווי אייזן, "מִתְפּוֹצֵץ", דורך תורה ווערט דער יצר הרע צעברעקלט, דעריבער וויל דער יצר הרע שטערן דעם מענטש ער זאל נישט נישט לערנען, זאגט דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע: "לָכֵן מַזְמִין לוֹ אֵיזֶה מִצְוָה", דעריבער ברענגט דער יצר הרע פאר'ן מענטש מצוות, "כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יְקַּרֵר אֶת עַצְמוֹ מֵהִתְלַהֲבוּת וְלֹא יָבוֹא לַעֲשׂוֹת דָבָר גָדוֹל יוֹתֵר טוֹב", דורך די מצוה קילט ער אפ דעם מענטש פון לערנען, "כִּי יִסְבֹּר שֶׁכְּבָר הוּא טוֹב בְּהַמִּצְוָה הַזֹּאת", דער מענטש טראכט 'איך דארף שוין נישט לערנען ווייל איך טו דאך אנדערע מצוות', עיין שם. דער מענטש כאפט נישט אז דאס אלעס איז מעשה בעל דבר, אבי אים צו שטערן ער זאל נישט לערנען.


גיי צוריק אין ישיבה, בעט זיך איבער מיט דיינע מגידי שיעורים; דו קענסט זיי ווייזן דעם בריוו זיי זאלן זען אז דו מיינסט עס טאקע ערנסט, אז דו גייסט פון היינט און ווייטער מיט האלטן די סדרים אין ישיבה און זיך פירן מיט דרך ארץ. אז דו ווילסט טון חסד, גיין אין שפיטעלער באזוכן חולי ישראל - זאלסטו דאס טון נאכן סדר הישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך בקרוב.

#153 - וואו איז דער מקור אז ווען מ'לערנט תורה דארף מען נישט קיין כלי זין?
לימוד התורה, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די שרעקליכע שיסעריי וואס איז פארגעקומען אין דזשערסי סיטי, האט דער ראש ישיבה דערמאנט א "תנא דבי אליהו" וואס זאגט אז ווען איינער לערנט תורה דארף ער נישט האבן קיין כלי זין זיך צו באשיצן. איך האב דאס געוואלט ווייזן פאר איינעם, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א צוצייכענען וואו דאס שטייט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, ד): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁעוֹסֵק בַּתּוֹרָה בְּכָל יוֹם תָּמִיד", א איד וואס וואס לערנט יעדן טאג תורה, "בִּשְׁבִיל לְהַרְבּוֹת כְּבוֹד שָׁמַיִם", כדי צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, "אֵינוֹ צָרִיךְ לֹא חֶרֶב וְלֹא חֲנִית וְלֹא כָּל דָבָר שֶׁיִּהְיֶה לוֹ שׁוֹמֵר", דארף נישט האבן א שווערד אדער א פאנצער זיך צו היטן פון שלעכטס, "אֶלָּא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשַׁמְּרוֹ בְּעַצְמוֹ", נאר דער אייבערשטער אליינס היט אים.


יעצט ווען מיר אלע זענען אזוי פארווייטאגט פון די שרעקליכע טראגעדיעס וואס האבן פאסירט, סיי אין ניו דזשערזי וואו א פרוי און א בחור זענען גע'הרג'ט געווארן מיט א שרעקליכע רציחה, און סיי וואס עס האט פאסירט אין מאנסי וואו א רוצח איז אריין געקומען צו א רב אין שטוב בשעת הדלקת נר חנוכה און דערשטאכן אפאר אידן - דארפן מיר זיך מקבל זיין צו לערנען די הייליגע תורה פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר קענען טון, לערנען די הייליגע תורה.


ווען מען הערט אזא שרעקליכע נייעס דארפן מיר זיך בארעכענען, יעדער איינער פון אונז, זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן און היטן די הייליגע תורה, וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון שלעכטס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה לה, ו): "הַסַּיִּף וְהַסֵּפֶר נִתְּנוּ מְכֹרָכִין מִן הַשָּׁמַיִם", דער אייבערשטער האט באשאפן די תורה מיט'ן שווערד צוזאמען, "אָמַר לָהֶם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט אונז: "אִם שְׁמַרְתֶּם מַה שֶּׁכָּתוּב בְּסֵפֶר זֶה הֲרֵי אַתֶּם נִצּוֹלִים מִן הַסַּיִּף, וְאִם לָאו סוֹף שֶׁהוּא הוֹרֵג אֶתְכֶם", אויב וועט איר היטן וואס עס שטייט אין די תורה וועט איר געראטעוועט ווערן פונעם גרויסן מעסער, און אויב מען היט נישט די תורה פאסירט אזעלכע רציחות.


נאך געפונען מיר (עבודה זרה יז:) אז בשעת די רומים האבן נישט געלאזט לערנען תורה האט מען געכאפט דער הייליגן רבי אליעזר, מען האט אים חושד געווען אז ער לערנט תורה און אויך אז ער איז א רויבער, האט ער זיי געזאגט: "אִי סַיְפָא - לָא סַפְרָא", אויב זענט איר מיר חושד אז איך לערן תורה, דאן האב איך נישט קיין שווערד – איך בין נישט קיין רויבער, "וְאִי סַפְרָא - לָא סַיְפָא", און אויב איר זענט מיר חושד אז איך האב א שווערד, א גרויסע מעסער, דאן קען איך נישט לערנען, ווייל די צוויי זאכן גייט נישט צוזאמען; זעט מען אז תורה איז א סתירה מיט רציחה.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז, ער זאל אונז היטן פון אלעם שלעכטס און אונז אויסלייזן מיט משיח צדקינו, אמן.

#152 - זאל איך אפלאזן מיין שיעור גמרא און אנהויבן נאר צו זאגן?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און דאס האט מיר געגעבן חשק אנצוהויבן לערנען מער תורה, און איך וויל וויסן ווי אזוי דאס צו טון.


יעצט האב איך א שיעור אין גמרא מסכת שבת, איך לערן כמעט יעדן טאג, און איך פרוביר צו פארשטיין די גמרא מיט די הילף פון ארטסקראל. אבער איך וויל אויך אנהויבן מער לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, דאס מיינט טאקע בלויז צו זאגן די ווערטער אן פארשטיין? און זאל איך אויפגעבן מיין אנדערע שיעור גמרא וואס איך פארשטיי יא? און צי זאל איך ענדערש זאגן משניות אדער ענדערש גמרא?


איך האב פרובירט היינט צו זאגן א בלאט גמרא אן פארשטיין, און ס'האט מיר גענומען צען מינוט, זאל איך ווייטער ממשיך זיין? און וויפיל בלאט גמרא זאל איך זאגן יעדן טאג?


איך וויל זיך אויפפרישן מיט די הייליגע תורה, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן דעם ריכטיגן וועג דערצו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לאז נישט אפ דיין שיעור גמרא; לערן ווייטער דיינע שיעורים, ווייל דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן א שיעור בעיון. אינעם זעלבן שיחה וואו דער רבי זאגט אז מען זאל לערנען שנעל אפילו מען פארשטייט נישט, זאגט דער רבי (שיחות הר"ן סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", א מענטש זאל אויך האבן א שיעור צו לערנען בעיון אביסל יעדן טאג.


עס איז גוט דו זאלסט האבן צוויי סארט שיעורים, איין שיעור זאלסטו האבן וואס דו פארשטייסט וכו', נאכדעם זאלסטו האבן שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה אפילו אן פארשטיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ. רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל־פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר־כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


און דער רבי זאגט (שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


וואויל איז פאר דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן; ביי אים וועט מקוים ווערן דער פסוק (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ, וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן"; וואס די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (שמות רבה נג, ב): "אֵימָתַי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת?" ווען לאכט די תורה צום מענטש, ווען זעט דער מענטש וואס ער האט אלץ געטון אין זיין לעבן? "הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", ביים לעצטן טאג; דעמאלט וועלן אפיר קומען אלע פרקים משניות און דפים גמרא, דעמאלט וועט מען זען די ווארהייט פונעם סדר דרך הלימוד; דאס גרויסקייט פון די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות.


ביי די לויה ווען מען באגלייט א נפטר וואס האט געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן, וועט מען נישט טראגן סתם אן ארון, נאר עס וועט זיין אן ארון הקודש, אן ארון מלא ספרים; עס וועט ליגן אינעם ארון גאנץ תַּנַּ"ךְ, שִׁשָּׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, בַּבְלִי, יְרוּשַׁלְמִי, תּוֹסֶפְתָּא, רַמְבַּ"ם, טוּר, שֻׁלְחָן עָרוּך, כָּל הַמִּדְרָשִׁים, זוֹהַר וְתִּקּוּנִים, כָּל סִפְרֵי רַבֵּינוּ וְכוּ' וְכוּ'; דעמאלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פונעם דרך הלימוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#151 - ווי אזוי קען מען ווערן א תלמיד חכם דורכ'ן סדר דרך הלימוד?
לימוד התורה, חברים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך זייער באדאנקען פאר די שיעורים וואס האבן געטוישט מיין לעבן, ווי אויך דאס לעבן פון מיין ווייב און קינדער, צום גוטן.


איך קום פון א ליטווישע משפחה, איך האב אבער נישט מצליח געווען אין לערנען אויפ'ן ליטווישן דרך הלימוד, און איך האב זיך צוגעכאפט צום רבינ'ס דרך הלימוד, מיט וואס איך בין זיך ממש מחיה.


איך האב אבער צוויי פראגעס איבער דעם. איינס, דער דרך הלימוד פון רבי'ן האב א געוואלדיגע מעלה אז איך קען לערנען אין יעדע צייט, אפילו ווען איך האב נאר אפאר מינוט, און איך בין נישט אנגעהאנגען אין קיינעם, איך דארף נישט ווארטן אויף א חברותא, און דאס גלייכן. פון די אנדערע זייט איז דאס אבער א פראבלעם, ווייל די גמרא זאגט דאך הארבע זאכן אז מ'זאל נישט לערנען אליין נאר מיט א חברותא, און דער דרך הלימוד קען איך נישט לערנען מיט א חברותא.


צווייטנס, איך פארשטיי אז זאגן די ווערטער פון תורה האט א געוואלדיגע חשיבות, אזוי ווי דער רבי זאגט און מ'טרעפט דאס אויך אין זוהר און אין נאך ספרים, איך פארשטיי אבער נישט ווי אזוי מ'קען ווערן א תלמיד חכם דורכ'ן לערנען אויף דעם וועג. איך האב שוין געענדיגט ב"ה עטליכע מסכתות, אבער איך האב בלויז 'געדאווענט' די ווערטער, איך שפיר נישט אז איך קען יעצט עפעס מער פון פאר דעם.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין לעבן איז דיר ליכטיג געווארן זייט דו האסט אנגעהויבן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס מען באקומט ווען מען הייבט אן לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות וואלטן אלע גענומען די עצות פון רבי'ן און זיך מחי' געווען מיט דעם.


די אלע וואס רעדן אויף ברסלב, ווען זיי וואלטן ווען געוויסט באמת וואס איז ברסלב'ע חסידות - נישט נאר וואלטן זיי נישט גערעדט אויף ברסלב, נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


בנוגע דיין פראגע ווי אזוי מעג מען לערנען אליינס אן א חברותא ווען די הייליגע חכמים זאגן זייער שארף (תענית ז.) אויפ'ן פסוק (ירמיהו נ, לו): "חֶרֶב" – עס זאל קומען א שווערד, "אֶל הַבַּדִּים" - אויף די וואס לערנען אליינס אן קיין חברותא; "וְנֹאָלוּ" – מען ווערט פארנארט און מען קומט צו זינד ווען מען לערנט אליינס; זאגט מען נאך פונעם הייליגן חזון איש זכותו יגן עלינו (ראה שאלות ותשובות תשובות והנהגות חלק א, סימן תקמב; ועוד) אז דאס איז געזאגט געווארן אין די צייטן פון חז"ל ווען עס איז נישט געווען קיין ספרים און מען האט געלערנט בעל פה, דעמאלט אויב מען לערנט אליינס קען מען צוקומען צו לערנען מיט טעותים דעריבער דארף מען לערנען מיט א חבר, אבער היינט ווען מען לערנט אין ספרים דארף מען נישט לערנען דוקא מיט א חבר; בפרט אז מען זיצט און מען פלוישט מיט א חבר דעמאלט איז זיכער בעסער צו לערנען אליינס. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה יב:): "כָּל הַפּוֹסֵק מִדִּבְרֵי תּוֹרָה וְעוֹסֵק בְּדִבְרֵי שִׂיחָה, מַאֲכִילִין אוֹתוֹ גַחֲלֵי רְתָמִים", ווער עס איז מפסיק אינמיטן לערנען באקומט אן עונש אז מען געבט אים צו עסן גחלי רתמים.


יעצט אויף דיין צווייטע פראגע אויב דורך זאגן קען מען אנקומען צו פארשטיין; עס איז כדי דו זאלסט אריין קוקן וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ. רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת. וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל־פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר־כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


נאך שרייבט רבי נתן (שם): אז דער רבי האט געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו', "אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ ּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שם.


וואויל איז דעם וואס נעמט אן די ווערטער בתמימות ופשיטות, ער לערנט זיינע שיעורים כסדרן אויפ'ן דרך הלימוד פון רבי'ן; וועט ער זוכה זיין אז עס וועט זיך עפענען פאר אים זיין מח, ער וועט זוכה זיין צו ווערן א גרויסער תלמיד חכם און א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#150 - ווי אזוי גייט מען ווייטער נאכ'ן מסיים זיין ש"ס?
לימוד התורה, סיום הש"ס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און ספעציעל די שיעורים ביי די סיומים, און דאס האט מיר געגעבן די חיזוק און די שטופ צו לערנען אסאך גמרא, און יעצט האב איך ב"ה זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס.


איך זע אז דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל אז נאכ'ן מסיים זיין ש"ס זאל מען נעמען איין מסכתא און עס איבערגיין פערציג מאל, אדער הונדערט און איין מאל, האב איך געוואלט וויסן וואס איז דער ענין פון דעם, און אויב איז דאס אויסער אנהויבן נאכאמאל ש"ס אויפ'ן סדר, אדער זאל מען קודם אנהויבן נאכאמאל ש"ס, און אויסערדעם זיך מאכן א שיעור אין איין מסכתא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וילך, ג' תשרי, צום גדלי', שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס; דער רבי האט געזאגט: "דער וואס לערנט און איז מסיים גאנץ ש"ס, איז ממשיך אויף זיך א צלם אלקים"; און עס ווערט געברענגט אין כתבי האריז"ל אז ווער עס האט א צלם אלקים האבן די רוחות, שדים און מזיקים מורא פון אים וכו', זיי לויפן אלע אוועק פון אים און האבן נישט קיין שליטה אויף אים.


יעצט זאלסטו נעמען איין מסכתא און דאס איבער גיין הונדערט און איין מאל, ווייל חכמינו הקדושים זאגן (חגיגה ט:): "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", עס איז נישט גלייך דער וואס לערנט הונדערט מאל צו דער וואס לערנט הונדערט אין איין מאל, דער וואס לערנט איבער א פרק הונדערט און איין מאל איז זיין שכר אסאך מער פון דעם וואס האט נישט געלערנט הונדערט און איין מאל; ווען מען לערנט און מען חזר'ט איבער דאס לערנען הונדערט און איין מאל פארגעסט מען נישט וואס מען לערנט.


ווען דו וועסט ענדיגן איין מסכתא הונדערט און איין מאל, זאלסטו נעמען נאך א מסכתא און דאס איבער גיין הונדערט און איין מאל, און אזוי ווייטער ביז דו וועסט זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס הונדערט און איין מאל.


צדיקים האבן געזאגט אז דער נאמען פונעם ס"מ איז נוטריקון: "סִ'יוּם מַ'סֶכְתָּא אֵ'ין לַ'עֲשׂוֹת", ווייל דער ס"מ לאזט דעם מענטש אלעס טון, ביזן ענדיגן א מסכתא; ער האט זייער מורא פון א סיום מסכתא, ווער רעדט נאך פון ענדיגן א מסכתא הונדערט און איין מאל, אויף דעם פארלייגט ער זיך זייער שטארק. ווייל ווען מען איז זוכה צו לערנען גמרא און מאכן א סיום פארברענט מען אלע קליפות וכו', און ווער עס מאכט א סיום דער דארף שוין מער נישט מורא האבן פונעם ס"מ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#149 - ווי אזוי קען מען לערנען אויפ'ן דרך הלימוד, אויף תורה דארף מען זיך דאך פלאגן?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס איז מיר זייער מחיה, און א באזונדערע דאנק פאר'ן גליון היכל הקודש וואס מ'איז מפיץ דא אין לאנדאן, מיט וואס איך בין זיך זייער מחיה.


איך האב געוואלט פרעגן איבער'ן סדר דרך הלימוד פון וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אזוי פיל, מיר זעען דאך אין די ספרים הקדושים אז אויף תורה דארף מען זיך פלאגן, מ'קען נישט לערנען תורה גרינגערהייט; ווי אזוי קען מען זאגן אז מ'קען לערנען תורה אזוי גרינג מיט'ן דרך הלימוד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מן הסתם האסטו נאך נישט גענומען די מי צו אויספרובירן דעם סדר דרך הלימוד, דעריבער טראכסטו אז דאס איז א גרינגע זאך. דו וואונדערסט זיך וואס מען טוט מיט'ן (ויקרא כו, ג): "אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ", וואס רש"י זאגט אויף דעם: "שֶׁתִּהְיוּ עֲמֵלִים בַּתּוֹרָה", - מע זאל זיך פלאגן אין די תורה; ווען דו וואלסט ווען פרובירט צו לערנען אויף דעם וועג, גורס זיין פרקים משניות און דפים גמרא וואלסטו געזען אז עס ליגט אין דעם א גרויסע עמלות.


באמת איז נישט דא נאך אזא עמלות בתורה ווי ווען א מענטש פארשטייט נישט וואס ער לערנט און ער הייבט אן זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין און אן קיין טעם וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עד): "יֵשׁ דִּבּוּר בְּלֹא דֵּעָה, וְיֵשׁ דִּבּוּר בְּדֵעָה", עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו לערנען; עס איז דא ווער עס לערנט און פארשטייט, נאכדעם איז דא אז מען לערנט אן פארשטיין. כדי מען זאל זוכה זיין צו פארשטיין וואס מען לערנט דארף מען קודם אסאך זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, "וּשְׁנֵי בְּחִינוֹת אֵלּוּ, הֵן בְּחִינַת 'הוֹשַׁעְנָא רַבָּא וְשִׂמְחַת תּוֹרָה'", פאר מען קומט אן צו פארשטיין וואס מען לערנט - וואס דאס איז 'שמחת תורה', מען איז פרייליך מיט די תורה, מען האט א טעם אין דעם דורכדעם וואס מען פארשטייט וואס מען לערענט - דארף מען אריבער גיין דעם שטאפל פון 'הושענא רבא', "כִּי 'הוֹשַׁעְנָא רַבָּא' הוּא בְּחִינַת דִּבּוּר בְּלֹא דֵּעָה, שֶׁהוּא בְּחִינַת עֲרָבָה, כִּי עֲרָבָה דּוֹמָה לִשְׂפָתַיִם", ערבות זעט אויס ווי די ליפן; דאס לערנט אונז אז קודם דארף מען נוצן די ליפן, מען דארף אסאך זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט.


ווען דער אייבערשטער זעט ווי א מענטש פלאגט זיך צו לערנען, ער נעמט א משניות און זאגט די ווערטער אפילו ער פארשטייט נישט, ער לערנט גמרא און זאגט די ווערטער אפילו אן קיין טעם - איז דאס ביים אייבערשטן זייער חשוב, דער אייבערשטער נעמט די ווערטער פון די תורה און האט פון דעם א גרויסער תענוג, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין" און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', אזוי ווי עס שטייט (משלי ה, יט): "בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד", פון ליבשאפט צו די תורה לערנט מען מיט גרייזן.


אז דו רעדסט פון עמילות בתורה - פון זיך פלאגן, איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין די ווערטער פונעם ישמח ישראל (פרשת בחקותי, אות ב), וואו ער געבט צו פארשטיין גאר פארקערט. ער זאגט אז דוקא ווען מען לערנט אויפ'ן אופן פון גירסא - דאס איז ריכטיגע עמלות בתורה, "כִּי הַלּוֹמֵד בַּתּוֹרָה וּמֵבִין וּמַכִּיר בְּפִלְפּוּל וּסְבָרַת הַתּוֹרָה וּמִתְעַנֵּג, לָזֶה לֹא נִקְרָא לִימוּד הַתּוֹרָה עֲבוֹדָה וִיגִיעָה וְעָמָל, כִּי בָּזֶה שֶׁאָדָם נֶהֱנֶה וְשָֹמֵחַ לֹא יִיעָף וְלֹא יִגַּע", ווען א מענטש פארשטייט דאס לערנען איז דאס נישט אזא שטארקע עמלות, ווייל ער האט הנאה און ער פריידט זיך וכו', "כִּי רַק הַלּוֹמֵד תּוֹרָה מִתּוֹךְ הַדְּחַק וּמִתּוֹךְ טֵרוּף הַדַּעַת אַף שֶׁאֵינֶנּוּ מֵבִין בָּהּ הֵיטֵב", ווידעראום ווען מען לערנט תורה אפילו מען פארשטייט נישט אזוי גוט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "אָמַר רָבָא, לְעוֹלָם לִיגְרִיס אִינִישׁ וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען אפילו ער פארשטייט נישט, "וְאֵצֶל זֶה הַלּוֹמֵד עַל אוֹפָן זֶה - אֶצְלוֹ נִקְרָא יְגִיעָה וַעֲבוֹדָה וְעָמָל, כִּי לֹא יַרְגִּישׁ הַתַּעֲנוּג מֵהַתּוֹרָה", ביי אזא איינעם איז דא עמלות בתורה, ווייל ער שפירט נאך נישט דאס זיסקייט, ער פארשטייט נאך נישט און ער זעט נאך נישט דאס שיינקייט פון די תורה, מיט דעם אלעם מוטשעט ער זיך; אבער ווען א מענטש שפירט א טעם דארף מען שוין גארנישט, אזוי ווי דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט דארפן".


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.