שאלה אין קורצן ענין
#123 - לימוד התורה אליין איז גענוג צו שטעלן א מענטש אויפ'ן פלאץ?
לימוד התורה, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, כה יתן ה' וכה יוסיף.


איך האב געוואלט פרעגן אלס ודע מה שתשיב, איינער פרעגט מיר פארוואס מ'מאכט אזא מצב פון לימוד התורה, אז דאס איז די וויכטיגסטע זאך, אבער מ'זעט דאך אז ס'זענען דא מענטשן וואס לערנען תורה און פון דעסט וועגן פירן זיי זיך נישט ווי עס דארף צו זיין ביי געלט זאכן, שלום בית, אדער אנדערע זאכן.


זעט דאך אויס אז תורה אליין איז נישט גענוג צו שטעלן א מענטש אויפ'ן ריכטיגן פלאץ.


יישר כח, מרדכי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט אלץ דע מה שתשוב, בעט איך דיר, בעסער זאלסטו נישט ענטפערן און זיך נישט טענה'ן מיט קיין אפיקורסים וואס גלייבן נישט אין די תורה.


ביי אונז אידן וואס גלייבן אין באשעפער און אין די ווערטער פון חז"ל און די הייליגע צדיקים איז נישט דא קיין צוויי וועגן; אז די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ל.): "בָּנַי, בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע, וּבָּרָאתִי לוֹ תוֹרָה תַבְלִין", איך האב באשאפן דעם יצר הרע - זאגט דער אייבערשטער - און איך האב באשאפן א רפואה פארן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן דעם יצר הרע, "אִם אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אז מען לערנט תורה ווערט מען געראטעוועט פון אים, אזוי זאגט דער אייבערשטער; ממילא איז נישט דא קיין קשיות. זאלסט ענדערש נישט רעדן מיט מענטשן וואס לאכן אפ פון די תורה.


פאר דיר וועל איך יא ענטפערן וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חגיגה טו:): "אַשְׁכְּחֵיהּ שְׁמוּאֵל לְרַב יְהוּדָה דְּתָלֵי בְּעִיבְרָא דְּדָשָׁא וְקָא בָּכֵי", שמואל האט געטראפן רב יהודה זיך אנלאנען ביים טיר פון שטאט און וויינט, האט ער אים געפרעגט: "פארוואס וויינסטו?" האט ער אים געענטפערט: "איך וויין ווייל איך האב מורא וואס וועט פאסירן מיט מיר; איך זע אז גרויסע תלמידי חכמים זענען ביים סוף אוועק געפאלן פונעם דרך הישר, דואג און אחיתופל זענען געווען אזוי גרויס אין תורה, מיט דעם שטייט אז זיי זענען פון די וואס אֵין לָהֶם חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא, וואס וועט זיין מיט מיר?! - האט רב יהודה געוויינט, האט אים זיין רבי - שמואל געענטפערט: דו דארפסט נישט וויינען, איי די וואס זיי זענען אוועק געפאלן און זייער תורה וואס זיי האבן געלערנט האט זיי נישט געברענגט צום אייבערשטן, ווייל: "טִינָא הָיְתָה בְּלִבָּם", זיי זענען געווען גרויסע רשעים שטילערהייט אלע זייערע יארן און זיי האבן נישט געלערנט די תורה צו ווערן נענטער צום אייבערשטן.  אזוי אויך זאגן חז"ל (שם) אז רבי מאיר'ס רבי איז אוועק געפאלן אפילו ער איז געווען גרויס אין לערנען, ווייל: "זֶמֶר יְוָנִי לָא פְּסַק מִפּוּמֵיהּ", ער פלעגט זינגען גריכישע ניגונים, דאס האט אים געצויגן צו ליינען ביכער פון מינים און אפיקורסים.


עס איז נישט דא קיין שום וועג ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו קדושה נאר דורך די הייליגע תורה; זאל דאס זיין דער ערגסטער מענטש, זאל א מענטש ליגן אין עבירות חמורות, אויב וויל ער זיך אויפבינדן פונעם יצר הרע איז דאס נאר מעגליך דורך די תורה. אז ער נעמט די תורה פאר א וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן וועט ער זוכה זיין אנצוקומען צו די גרעסטע מדריגות.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּך, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָך, יִהְיֶה אֵיך שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד". אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדען טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - ווי אזוי קען מען זיך ארויסדרייען פון עבירות איינמאל פאר אלעמאל?
התחזקות, לימוד התורה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין יעצט א אינגערמאן אין כולל, שוין פון אלס יונג בחור האב איך אלעמאל געהאט נסיונות אין שמירת עינים, וויפיל איך האב פרובירט זיך צו שטארקן און זיך מתגבר זיין האט עס נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג.


יעצט שטיי איך שוין היבש אפאר יאר נאך די חתונה, און איך קען זיך נאכאלץ נישט ארויסדרייען, איך בין שוין ליידער דורכגעפאלן מיט די הארבסטע. יעדעס מאל ס'געשעט זאג איך צו פאר'ן אייבערשטן אז איך גיי עס נישט טון נאכאמאל, אבער ס'האלט נישט אן פאר צו לאנג.


קיינער ווייסט נישט וואס גייט פאר מיט מיר, און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל זיך שוין ארויסזען פון מיינע פראבלעמען איינמאל פאר אלעמאל, נישט נאר פאר א וואך צוויי.


ביטע העלפט מיר, יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; ווען א מענטש טוט תשובה, ער וויינט זיך אויס צום אייבערשטן און ער זאגט: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, איך הייב אן פונדאסניי", ער רעכנט אויס בפרטי פרטיות וואס ער האט געזינדיגט – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


אבער מען דארף וויסן אז ווען מען טוט תשובה טאר דאס נישט זיין מיט קיין תנאים, צום ביישפיל ווי דו שרייבסט אז דו ווילסט תשובה טון און זיך ארויס זען פון דיינע עבירות "איינמאל פאר אלע מאל, נישט פאר א וואך צוויי"; עס איז כדאי דו זאלסט לערנען אין ליקוטי הלכות (הלכות תרומות ומעשרות הלכה ג, אות ג) וואו רבי נתן שרייבט מורא'דיגע דיבורים: "כִּי עִקַּר הַתְּשׁוּבָה הוּא לֵב נִשְׁבָּר, וּמֵאַחַר שֶׁאָדָם יוֹדֵעַ שֶׁפָּגַם כָּל כָּךְ הוּא מְחֻיָּב לִהְיוֹת מְרֻצֶּה שֶׁיַּעֲשֶׂה מַה שֶּׁיַּעֲשֶׂה בִּשְׁבִיל ה' יִתְבָּרַךְ, וְאַף עַל פִּי כֵן לֹא יִזְכֶּה כִּי אִם לְמַדְרֵגָה הַפְּחוּתָה מְאֹד", א מענטש דארף זיין גרייט תשובה צו טון און דינען דעם אייבערשטן אפילו ער וועט נישט קענען אנקומען צו שלימות, "וְאִם לֹא יִזְכֶּה עַל יְדֵי כָּל עֲבוֹדָתוֹ כִּי אִם לְמַעֵט עָנְשׁוֹ בַּגֵּיהִנֹּם קְצָת גַּם כֵּן כְּדַאי לְבַלּוֹת כָּל יָמָיו בַּעֲבוֹדַת ה' בִּשְׁבִיל זֶה לְבַד", און אפילו ער וועט נאר קענען אראפ נעמען פון זיך איין קליינע ברי פון גיהנום איז נאכאלץ כדאי צו דינען דעם אייבערשטן זיין גאנץ לעבן, "כִּי צַעַר אֶחָד בַּגֵּיהִנֹּם רֶגַע אַחַת עוֹלֶה יוֹתֵר מִכָּל הָעוֹלָם הַזֶּה כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל איין ברי אין גיהנום איז מער ווייטאגליך פון אלע ווייטאג פון די וועלט.


רבי נתן זאגט אז דאס איז דער סיבה פארוואס מענטשן דינען נישט דעם אייבערשטן, ווייל זיי ווילן נאר דינען דעם אייבערשטן אויב וועלן זיי זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק. און דאס איז געווען די סיבה פארוואס ירבעם בן נבט איז אוועק געפאלן; ווען דער אייבערשטער האט אים געזאגט: "חֲזֹר בְּךָ וַאֲנִי וְאַתָּה וּבֶן יִשַׁי נְטַיֵּל בְּגַן עֵדֶן", טו תשובה און איך, דו און דוד המלך וועלן מיר צוזאמען שפאצירן אין 'גן עדן', האט ער געפרעגט דעם אייבערשטן: "מִי בָּרֹאשׁ?" ווער וועט זיין דער ערשטער - איך צי דוד המלך? האט אים דער אייבערשטער געענטפערט: "בֶּן יִשַׁי בָּרֹאשׁ!" דוד המלך וועט זיין בראש, האט ער נישט געוואלט תשובה טון. פרעגט רבי נתן: "וְלִכְאוֹרָה הַדָּבָר תָּמוּהַּ, כִּי הֲלֹא יָרָבְעָם הָיָה חָכָם גָּדוֹל. וְאֵיךְ יַעֲלֶה עַל דַּעְתּוֹ לִשְׁאֹל אֶת ה' יִתְבָּרַךְ מִי בָּרֹאשׁ", עס איז זייער שווער צו פארשטיין, ירבעם בן נבט איז דאך געווען א גרויסער חכם, ווי קומט צו אים צו פרעגן אזא שאלה: "ווער וועט זיין בראש"? אודאי וועט דוד המלך זיין דער ערשטער, "וְכִי יִהְיֶה חוֹטֵא נִשְׂכָּר, הֲיַעֲלֶה עַל הַדַּעַת שֶׁאַחַר שֶׁהִרְשִׁיעַ כָּל כָּךְ יִהְיֶה גָּדוֹל יוֹתֵר מִדָּוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם, שֶׁעָבַד אֶת ה' יִתְבָּרַךְ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה מְאֹד מְאֹד כָּל יָמָיו?!" ווייל ווי קען מעגליך זיין אז א מענטש וואס האט זיין גאנץ לעבן געזינדיגט זאל זיין העכער פון א צדיק וואס האט זיך א גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן? ענטפערט דער הייליגער רבי נתן אז דער פשט איז אזוי, ווען דער אייבערשטער איז געקומען צו ירבעם בן נבט ער זאל תשובה טון איז ער תיכף געווארן זייער צופלאמט און געוואלט וויסן צי ער וועט קענען צוקומען צו די גרעסטע מדריגה, אזוי ווייט אז ער זאל נאך זיין גרעסער פון דוד המלך, "נִמְצָא שֶׁלֹּא דִּבֵּר שְׁטוּת גָּמוּר כִּי לֹא עָלָה עַל דַּעְתּוֹ שֶׁיִּהְיֶה בְּחִנָּם גָּבֹהַּ מִדָּוִד", ער האט נישט געמיינט צו פרעגן צי ער וועט זיין אומזינסט העכער פון דוד המלך, "רַק שֶׁשְּׁאֵלָתוֹ הָיָה שֶׁהָיָה רוֹצֶה לַעֲבֹד אֶת ה' יִתְבָּרַךְ כָּל כָּךְ עַד שֶׁיַּעֲלֶה בְּמַדְרֵגָה יוֹתֵר מִדָּוִד", נאר ער האט געוואלט וויסן אז אויב ער וועט תשובה טון און דינען דעם אייבערשטן צי ער קען נאך זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגה, "וְזֶהוּ בְּוַדַּאי אֶפְשָׁר וְאֶפְשָׁר", און דאס איז זיכער מעגליך, "כִּי כָּל אָדָם אֲפִלּוּ פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל יָכוֹל לַעֲלוֹת לְמַדְרֵגוֹת גְּבוֹהוֹת מְאֹד", ווייל אפילו א מענטש וואס האט זייער אסאך געזינדיגט, ער איז נעבעך א פושעי ישראל, אויב טוט ער תשובה קען ער זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִין לַעֲמֹד", א בעל תשובה קומט אן אויף א העכערע פלאץ אויבן אין הימל ווי די צדיקים; מיט דעם אלעם האט ער נישט געטון ריכטיג, ווייל מען קען נישט אנהענגען די תשובה אין דעם 'נאר אז מען קען נאך זוכה זיין וכו'', דעריבער האט אים דער אייבערשטער געענטפערט פארקערט ווי ער האט געוואלט הערן, אז דוד המלך וועט זיין העכער פון אים, "כִּי הוּא מְחֻיָּב לִהְיוֹת מְרֻצֶּה לָשׁוּב אֲפִלּוּ אִם לֹא יִזְכֶּה רַק לְמַדְרֵגָה קְטַנָּה מְאֹד", ווייל מען דארף זיין גרייט תשובה צו טון אפילו מען וועט זוכה זיין צו קומען צו א קליינע מדריגה, "וְאִם יִהְיֶה מְרֻצֶּה לְכָךְ בְּוַדַּאי ה' יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו", און אויב דער מענטש איז גרייט אויף דעם, ער וויל גארנישט נאר דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף אים, "וּבִרְבוֹת הַיָּמִים אִם יִהְיֶה חָזָק בְּדַעְתּוֹ לְבַל יַנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ, אֲפִלּוּ אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה, יוּכַל לִזְכּוֹת לַעֲלוֹת מִדַּרְגָּא לְדַרְגָּא וְלִקְנוֹת חַיֵּי עוֹלָם וְיִזְכֶּה לְמַה שֶּׁיִּזְכֶּה, אַשְׁרֵי לוֹ".


דערפאר זאלסטו זיך ווייטער שטארקן מיט שמירת עיניים; קוק נישט אויף דעם וואס דער יצר הרע ווארפט דיר נאכאמאל אראפ, דו פראביר זיך צו היטן אפילו פון איין קוק ווייניגער, און זאלסט שטענדיג געדענקען אז "א קוק ווייניגער איז א ברי ווייניגער".


זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט  - זאג די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט דיר העלפן זיך מתגבר זיין אויף די קליפה וואס איז מכשיל דעם מענטש אין פגם הברית. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; אז דו וועסט זיין שטארק אין א דף גמרא יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - וויפיל דארף מען תשובה טון? וואס זענען מנהגים ביים זיך אריינציען אין א נייע דירה?
שלום בית, לימוד התורה, מנהגים, תשובה, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און בריוו, ספעציעל פאר די סארט בריוו וואס איז שווער צו ענטפערן ברבים, דאס געבט מיר פיל כח און חיזוק אנצוגיין אין לעבן, און איך נעם ארויס אסאך עצות פאר מיין פערזענליכן לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב איינער איז דורכגעפאלן מיט אן עבירה, און ער האט שוין תשובה געטון און געזאגט תיקון הכללי, דארף ער נאך וויייטער האלטן אין איין תשובה טון אויף דעם? אדער זאל ער אינגאנצן אויפהערן טראכטן פון דעם, ווייל דער אייבערשטער האט אים שוין זיכער מוחל געווען.


אויך האב געוואלט וויסן אויב ס'איז דא אין ברסלב געוויסע מנהגים זיך צו פירן ווען מ'ציעט זיך אריין אין א נייע דירה.


א גרויסן יישר כח, יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יודל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


תשובה איז נישט א זאך וואס מען טוט איין מאל און געענדיגט, נאר מען דארף שטענדיג תשובה טון פונדאסניי. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו', אות ג): "וְצָרִיךְ לֶאֱחֹז תָּמִיד בְּמִדַּת הַתְּשׁוּבָה", מען דארף שטענדיג תשובה טון, אזוי ווי שלמה  המלך זאגט (משלי כ, ט): "מִי יֹאמַר זִכִּיתִי לִבִּי טָהַרְתִּי מֵחַטָּאתִי", ווער קען זאגן: "מיין הארץ איז ריין פון עבירות"? דערפאר דארף א מענטש שטענדיג תשובה טון; עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם תורה וועסטו זען דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס לעבט זיין גאנץ לעבן מיט תשובה.


מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן אונז (ברכות לד:): "מָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִין יְכוֹלִין לַעֲמֹד בּוֹ", צדיקים קענען נישט אנקומען אזוי הויך ווי די מענטשן וואס טון תשובה קומען אן; נאך זאגן חז"ל (פסיקתא דרב כהנא): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֶר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה, מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שְׁנַיִם; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לְפָנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווי נאר א מענטש טראכט נאר פון תשובה - ער וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד; דעריבער ציטערט דער ס"מ זייער שטארק פון א מענטש וואס טוט תשובה, ער ווייסט אז אפילו דער מענטש זאל האבן געטון וואס ער האט געטון, אויב זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, חטאתי, איך האב געזינדיגט", און ער האט חרטה אויף זיינע מעשים נעמט אים דער אייבערשטער גלייך צוריק אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה כ, טו): "בִּלְעָם הָיָה רָשָׁע עָרוּם, וְיוֹדֵעַ שֶׁכָּל מִי שֶׁחוֹטֵא וְאוֹמֵר חָטָאתִי, אֵין רְשׁוּת לַמַּלְאָךְ לִגַּע בּוֹ", ווען בלעם האט געזען ווי דער מלאך שטייט פאר אים מיט א שווערד און וויל אים הרג'ענען האט ער גלייך געזאגט: "חָטָאתִי", ווייל ער האט געוויסט דעם סוד אז ווער עס איז זיך מתודה און זאגט: "חָטָאתִי" קען אים קיינעם נישט שלעכטס טון, אפילו א מלאך קען אים נישט אנרירן, דעריבער האט ער גלייך ארויסגעזאגט דעם ווארט "חָטָאתִי", אז דער מלאך זאל אים נישט קענען שלעכטס טון.


וועגן דעם רעדט דער ס"מ איין דעם מענטש: "וואס דארפסטו תשובה טון?" "וואס האסטו אז דו וועסט תשובה טון?", אדער זאגט ער פארן מענטש: "דו האסט שוין תשובה געטון, עס פעלט נישט אויס נאכאמאל תשובה צו טון", אלעס נאר ווייל ער האט מורא אז דער מענטש וועט תשובה טון.


דעריבער זאלסטו זיך שטארקן און אנהייבן יעדן טאג פונדאסניי תשובה צו טון; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַתְחִיל בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", מען דארף שטענדיג אנהייבן פונדאסניי, נישט אלט ווערן און טראכטן איך האב שוין תשובה געטון.


דער רבי האט זייער משבח געווען דעם הייליגן רבי זושא זכותו יגן עלינו, דער רבי האט געזאגט אז דער רבי ר' זושא איז ארום געגאנגען צוויי און צוואנציג יאר ברציפות מיטן זעלבע ברען צום אייבערשטן; בדרך כלל ווען א מענטש הייבט אן דינען דעם אייבערשטן הייבט מען אן מיט א ברען און נאכדעם פאלט מען אראפ וכו' אבער דער הייליגער צדיק איז ארום געגאנגען מיטן זעלבן ברען פאר צוויי און צוואנציג יאר.


בנוגע וואס מען זאל טון ווען מען ציט זיך אריין אין א נייע דירה וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בית, סימן יג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לְהִכָּנֵס לְבַיִת לָדוּר בְּתוֹכוֹ, יאֹמַר הַתּוֹרָה כֻּלָּהּ, וְאַחַר כָּךְ יִכָּנֵס לָדוּר בְּתוֹכוֹ", ווער עס גייט וואוינען אין א נייע דירה - זאל זאגן די גאנצע תורה און נאכדעם זיך אריין ציען דארט; זע צו לערנען אין שטוב, גיי נישט ביינאכט אין שול, א אינגערמאן וואס וויל באמת לערנען דארף נישט קיין כולל, ער קען זיצן ביי זיך אין שטוב ביינאכט און צופרי לערנען זיינע שיעורים כסדרן (אינמיטן טאג איז נישט כדי צו זיצן אין שטוב), ביז א קורצע צייט קען מען מסיים זיין כל התורה כולה.


אז דו וועסט לערענען תורה אין שטוב וועסטו האבן הצלחה, שלום בית און נחת פון דיינע קינדער; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בית, סימן ט): "כָּל בַּיִת שֶׁנִּשְׁמָעִין בּוֹ דִּבְרֵי תוֹרָה, שׁוּב אֵינוֹ נֶחֱרַב", א הויז וואס מען הערט דארט א קול תורה וועט נישט חרוב ווערן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט נאר מאכן שמחות.

#120 - מעג איך הערן די שיעורים אין בית הכסא, ווען איך האב נישט קיין אויסוועג?
חסידות ברסלב, לימוד התורה, דרשות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור און איך בין זיך מחיה מיט די הערליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין זכות פון די שיעורים האב איך זוכה געווען צום ערשטן מאל די פארגאנגענע יאר מעביר סדרה צו זיין יעדע וואך און איך האב שוין געענדיגט איין מאל משניות.


מיין פראבלעם איז אבער אז סיי מיין ישיבה און סיי מיין משפחה האלטן נישט פון ברסלב, איך מוז זיך באהאלטן ווען איך הער די דרשות, איז מיין שאלה אויב איך מעג הערן די דרשות אין א ריינע בית הכסא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט תורה בהתמדה רבה; דו ביסט מעביר סדרה יעדן טאג שנים מקרא ואחד תרגום, אויך האסטו זוכה געווען צו מסיים זיין די ערשטע מאל אין דיין לעבן 'ששה סדרי משנה'. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


נישט דיין ישיבה און נישט דיין משפחה זענען מתנגדים אויף ברסלב; זיי ווייסן פשוט נישט וואס ברסלב איז. ווען זיי וואלטן געוויסט וואס איז ברסלב'ע חסידות, נישט נאר זיי וואלטן נישט גערעדט אויף ברסלב נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער.


ליידער ליידן מיר זייער שטארק פון דעם אנשיקעניש וואס רופט זיך: "נַ נַח"; מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב און דאס מאכט אז מענטשן זאלן נישט לאזן זייערע קינדער קומען צום רבי'ן, און ווען עלטערן דערוויסן זיך אז זייער קינד האט שייכות מיט ברסלב וכו' רודפ'ט מען דאס קינד, מען טיילט אפ משפחות איינער פון צווייטן, מען קומט נישט צו די קינדערס שמחות וכו' וכו', דאס אלעס קומט אלץ רעזולטאט פון דעם וואס מען מיינט אז ברסלב איז א צעווילדעוועטע זאך, א פלאץ פון מופקרים וכו'.


די מחלוקת אויף ברסלב איז נישט קיין נייע זאך; אויפן הייליגן רבי'ן אליינס איז שוין אויך געווען מחלוקת. ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מחלוקת האט דעמאלט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גֶעשְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם, איך קריג אויך אויף דעם מענטש,  - אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז. מען מיינט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער. דאס מאכט אז יעדער קלוגער טאטע און מאמע זאלן נישט מסכים זיין אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון עזות פנימ'ער, וואס באמת האט דאס נישט צוטון מיט ברסלב, ווייל איבעראל זענען דא עזות פנימ'ער.


דו זיי ממשיך מיטן לערנען פלייסיג אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן און נוץ אויס דיינע יונגע יארן, ווייל די תורה וואס מען לערנט אין די יונגע יארן בלייבט אויף א גאנץ לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כ): "הַלּוֹמֵד יֶלֶד לְמַה הוּא דוֹמֶה, לִדְיוֹ כְתוּבָה עַל נְיָר חָדָשׁ". און דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע תקופה אינעם לעבן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.


דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו זאגן אסאך פרקים משניות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן פון גלות בזכות לימוד משניות, סיי די גאולה בכלליות וועט זיין בזכות משניות און אזוי אויך יעדער איינער קען זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע גלות אין זכות וואס ער לערנט משניות.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש; מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", דאס איז ראשי תיבות 'משנ"ה'; אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#119 - קען מען יוצא זיין לימוד שלחן ערוך, מיט'ן לערנען ליקוטי הלכות?
לימוד התורה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי וויכטיג ס'איז צו לערנען יעדן טאג שלחן ערוך. איך האב נישט קיין שיעור אין שלחן ערוך, איך האב אבער יא זייער ליב צו לערנען יעדן טאג ליקוטי הלכות פון רבי נתן ז"ל, איז דאס גענוג, אדער דארף איך אויך לערנען געהעריג שלחן ערוך? ווייל מיין צייט איז זייער באגרעניצט.


יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליקוטי הלכות און שלחן ערוך זענען צוויי באזונדערע זאכן; ליקוטי הלכות האט רבי נתן זכרונו לברכה געשריבן אויפן באפעל פון רבי'ן, דאס באשטייט פון חיזוק און עצות פאר יעדן איד אויף וואספארא מצב ער געפונט זיך. שלחן ערוך איז דער תמצית פון תורה שבעל פה, דער גאנצער איד איז אנגעהאנגען אינעם שלחן ערוך.


דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז יעדער איד זאל לערנען יעדן טאג שלחן ערוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה, אפילו נישט כסדרן וואו מען האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


ווי לאנג מיינסטו נעמט צו לערנען הלכה? דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן: "מעט גם כן טוב", אביסל איז אויך גוט; זע צו פאלגן דעם רבי'ן, מאך דיר א שיעור יעדן טאג צו לערנען הלכה.


מוהרא"ש זאגט מען זאל האלטן אין טלית בייטל א קליינעם שולחן ערוך און יעדן טאג זאל מען לערנען מיט די רבינו תם'ס תפילין לכל הפחות איין הלכה, אזוי קומט אויס אז מען לערנט יעדן איינציגן טאג הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#118 - איך בין נישט גענוג צופרידן פון מיין ווייב, איז דא אויף דעם אן עצה?
שלום בית, קדושה, לימוד התורה, מאוויס, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך געוואלט דורכרעדן מיט אייך אן ערנסטע נושא אין וואס איך דארף הילף. איך האב שוין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר, איך האב ב"ה א וואוילע גוטע ווייב און מיר האבן א גוטע שלום בית, איך שפיר אבער אז איך בין נישט גענוג צופרידן מיט איר.


שוין פון אלס קינד האב איך געזען נישט אויסגעהאלטענע מאוויס, ס'איז נישט געווען מיין שולד אבער פאקטיש איז עס אזוי געווען, דאס האט מיר געשלעפט צו זען און טראכטן פון שלעכטע זאכן, און איך שפיר אז מיין ווייב קען מיר נישט גענוג באפרידיגן. זי איז בכלל נישט שלעכט, אבער זי איז זייער פארעווע, און איך שפיר אז דאס איז נישט גענוג פאר מיר.


איך האב קיינמאל נישט גערעדט אפן צו מיין ווייב איבער דעם, ווייל איך גלויב נישט אז זי וועט מיר פארשטיין, און איך גלויב נישט אז זי וועט זיך טוישן צוליב דעם. ב"ה אז איך האב נישט געזוכט קיין גליקן אין די פרעמד, איך וויל נישט רואינירן מיין לעבן, אבער איך מוז טרעפן א וועג ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין מיין מצב.


איך האף אז איר וועט זיין דער ריכטיגער שליח מיר ארויסצוהעלפן בעצה ותושיה.


א גרויסן יישר כח, ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען קוקט עקלדיגע מאוויס רחמנא לצלן ווערט דער מח זייער פארדרייט און טראכט שוין נישט ווי עס דארף צו טראכטן; אפגערעדט אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב מיט א ווייב און קינדער, אפילו מיט זיך אליינס קען מען זיך נישט אן עצה געבן, איין עצה איז דא, פאלגן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן".


דערפאר בעט איך דיר זייער, נעם א משניות און הייב אן לערנען משניות. לערן איין פרק נאכן צווייטן; אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזוי פיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט מען דעם מח. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו'. אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.


איך זאג דיר נאכאמאל: "קיינער קען דיר נישט העלפן, נאר דו אליינס"; אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער און עס מקיים זיין, דו וועסט זאגן משניות אפילו אן פארשטיין, וועסטו ארויס קריכן פון דיין שרעקליכן פלאנטער אין וואס דו ביסט אריין געפאלן. כל שכן אז דו וועסט זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, חַ"י חַ"י הוּא יוֹדֶךָ כָּמוֹנִי הַיּוֹם - וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה וועט דיין ווייב האבן ביי דיר אלע חן פון די וועלט; נישטא קיין שום פלאץ וואו צו טרעפען גליקן - ווי דו רופסט עס, מען קען טרעפן אומגליקן רחמנא לצלן, ווייל אז מען טוט עבירות ווערט מען אומגליקליך. דיין גליק ליגט אין דיין שטוב; דיין ווייב - זי איז דיין גליק, עס איז א שאד אז דיין גלעזער איז דיר אזוי פארשמירט אז דו קענסט איר נישט זען, דיינע אויגן זענען פארשמירט און פארקלעפט און אלס רעזולטאט מיינסטו אז עס איז דא בעסערס, פוץ אויס דיין גלעזער וועסטו זען ווי דיין ווייב האט פאר דיר אלע חן פון די וועלט.

#117 - איך שטארק זיך ב"ה אין לימוד התורה
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו זיין דעם ראש השנה אין אומאן ביים ראש ישיבה שליט"א, דאס איז געווען עפעס גאר געוואלדיג, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך דאנק דעם אייבערשטן, איך דאנק דעם רבי'ן, איך דאנק מוהרא"ש, און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א אז אין אייער זכות האב איך זוכה געווען צו ענדיגן דעם פריערדיגן שבת צום ערשטן מאל דעם גאנצן ספר הזוהר, נאכ'ן זיך פלאגן דערויף די לעצטע איין און א האלב יאר, אויך האב איך לעצטנס געענדיגט די צענטע מאל משניות, עטליכע ספרים פון נ"ך, ספר סידורו של שבת חלק א', די צווייטע מאל ספר המדות, און נאך פילע גוטע זאכן.


איך בין זיך ממש מחיה מיט די דרשות און ניגונים פונעם ראש ישיבה שליט"א, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן.


א גרויסן יישר כח, יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיטן הייליגן רבי'ן עצות; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", דעם קלענסטער פון מיינע מענטשן פיר איך אויפן וועג פון גרויסע צדיקים; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; דאס קען יעדער איינער מעיד זיין אויף זיך, אז פון ווען מען האט זוכה געווען צו טרעפן דעם רבי'ן האט זיך דער גאנצער לעבן געטוישט; מען לערנט פלייסיג, מען איז נזהר אין קיום המצוות, מען רעדט צום אייבערשטן יעדן טאג און מען לעבט מיט אים.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט אזוי פלייסיג די הייליגע תורה אויפן סדר דרך הלימוד; דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו וואו דו שרייבסט מיר דיינע סיומים.


שטארק דיר ווייטער בלימוד התורה; עס איז נישט דא נאך א זאך וואס זאל מאכן פרייליך דעם מענטש און אים מאכן צופרידן - ווי לערנען תורה. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט דארפן"; ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן דארף ער שוין נישט גארנישט; ער שפירט א צופרידנקייט אין לעבן און ער לעבט א פרייליכע לעבן, ווען ער האט אפאר איבעריגע מינוט נעמט ער א משניות, א גמרא וכו' און איז גורס פרקים משניות און דפים גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#116 - ווי אזוי קען איך זיך ארויסדרייען פון זיצן אין כולל נאך די חתונה?
לימוד התורה, היטן די צייט, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע דרשות וואס האט מיר ממש געראטעוועט דאס לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כוחות אויף ווייטער.


איך בין א חתן וואס האלט פאר די חתונה, די שמחה איז גרויס אז איך גיי אנהויבן א נייע לעבן ווי א מענטש, אבער איין זאך קרענקט מיר, דאס איז ווען איך טראכט פון כולל. מען האט זיך אויסגענומען אז איך גיי לערנען אין כולל פאר פינף יאר, איך קען טאקע לערנען און איך האב ליב צו לערנען, איך קען גוט גרויסע חלקים אין ש"ס און אין הלכות שבת, נאכאלץ שטערט מיר זייער אז איך גיי דארפן קוועטשן די באנק אין כולל פאר אזוי לאנג, נאכדערצו ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א לייגט עס אראפ אז ס'קומט אויס קוים 5 טעג א חודש וואס מ'לערנט טאקע מיט א חברותא. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה ווי אזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט דעם כולל פראבלעם.


יישר כח, שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן שלמה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי געבט אונז לעבן, שכל ווי אזוי צו לעבן און כח מיר זאלן זיך נישט פארלירן אין די שווערסטע צייטן.


בנוגע צי דו זאלסט לערנען אין כולל וכו'; זיי מיר מוחל אבער איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. פון איין זייט שרייבסטו אז דו קענסט לערנען און דו האסט ליב צו לערנען, דו האסט שוין געלערנט א גרויס חלק פון ש"ס, אויך האסטו שוין דורכגעלערנט הלכות שבת, פון די אנדערע זייט שרייבסטו אז דו ווילסט נישט לערנען? דערפאר ווייס איך נישט וואס צו טראכטן.


איין זאך קען איך דיר זאגן: "גיין ליידיג טאר מען נישט"; נישט קיין חילוק צי מען האט זיך אויסגענומען צי לערנען איין טאג צי מען האט זיך אויסגענומען אז מען גייט לערנען פינף יאר. אויב איז אזוי ווי דו זאגסט - אז דו לערנסט, וואלט איך דיר געזאגט זאלסט גיין אין כולל לערנען, טראכט נישט פון דעם קומענדיגן יאר, טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רעב) אויפן פסוק (תהלים צה, ז): הַיּוֹם אִם בְּקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ – "זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם שֶׁלֹּא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם, הֵן בְּעֵסֶק פַּרְנָסָה וְהִצְטָרְכוּתוֹ, צָרִיךְ שֶׁלֹּא יַחֲשֹׁב מִיּוֹם לַחֲבֵרוֹ כַּמּוּבָא בַּסְּפָרִים, וְכֵן בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ לֹא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה", ווען א מענטש וויל אנהייבן עפעס צו טון סיי ברוחניות און סיי בגשמיות דארף ער נעמען דעם כלל פאר זיך – 'צו קוקן נאר אויפן היינטיגן טאג'; "כִּי כְּשֶׁרוֹצִין לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה' נִדְמֶה לְהָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַשָּׂא כָּבֵד, וְאִי אֶפְשָׁר לוֹ לִשָּׂא מַשָּׂא כָּבֵד כָּזוֹ", ווייל ווען מען וויל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן דאכט זיך פארן מענטש אז ער נעמט אויף זיך א שווערע לאסט, און דאס ברענגט דעם מענטש צו טראכטן אז מען קען נישט נעמען די עבודה, "אֲבָל כְּשֶׁיַּחֲשֹׁב שֶׁאֵין לוֹ רַק אוֹתוֹ הַיּוֹם, לֹא יִהְיֶה לוֹ מַשָּׂא כְּלָל", אבער אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג איז עס בכלל נישט שווער, "וְגַם שֶׁלֹּא יִדְחֶה אֶת עַצְמוֹ מִיּוֹם לְיוֹם לֵאמֹר מָחָר אַתְחִיל, מָחָר אֶתְפַּלֵּל בְּכַוָּנָה וּבְכֹחַ כָּרָאוּי, וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה בִּשְׁאָר הָעֲבוֹדוֹת, כִּי אֵין לְאָדָם בְּעוֹלָמוֹ כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה שֶׁעוֹמֵד בּוֹ, כִּי יוֹם הַמָּחֳרָת הוּא עוֹלָם אַחֵר לְגַמְרֵי", אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג וועט מען דאס נישט אפשטופן אויף מארגן און מען וועט נישט זאגן: "מארגן וועל איך גיין דאווענען", "מארגן וועל איך אנהייבן וכו'", ווייל איך האב דאך נאר דעם היינטיגן טאג. מיט דעם טייטשט דער רבי: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", 'הַיּוֹם' דַּיְקָא, וְהָבֵן, עיין שם.


טייערער חתן, גיי צו דיין חתונה מיט די הקדמה פון רבי'ן, אז: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ, 'הַיּוֹם' דַּיְקָא", איך האב נאר איין טאג - דעם היינטיגן טאג, דורכדעם וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


אז דו האסט די מעגליכקייט צו לערנען און דו האסט ליב צו לערנען זאלסטו זיכער בלייבן לערנען; אבער אויב דו לערנסט נישט, דו קענסט טאקע לערנען און דו פארשטייסט גאר גוט לערנען אבער למעשה גייסטו ליידיג, דו זעסט זיך בטל'ן צייט, עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך אן עפענען א ספר, זאלסטו זיך גלייך טרעפן א פרנסה כדי דו זאלסט נישט אריין פאלן אין שלעכטע זאכן, ווייל גיין ליידיג איז די ערגסטע זאך. די הייליגע חכמים זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", גיין ליידיג ברענגט צו עבירות און צו דעפרעשן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#115 - ווי אזוי קען איך האבן געלט, אז מיין טאטע האט גארנישט מיר צו געבן?
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, פרנסה, בחור, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, און מיין טאטע האט נישט קיין פרנסה, ער האט אסאך חובות. אסאך מאל דארף איך עפעס קויפן אבער איך האב נישט פון וועמען צו בעטן געלט, ווייל מיין טאטע האט באמת מיר נישט צו געבן, און איך האב זיכער נישט. זאל איך אפשר גיין נאך צדקה? אדער זאל איך גיין ארבעטן?


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב אין ישיבה לערנען תורה. דו וועסט נאך גענוג ארבעטן אין לעבן; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן און דו וועסט דארפן ברענגען פרנסה פאר דיין משפחה, דעמאלט וועסטו יוצא זיין דעם (בראשית ג, יט): "בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם"; דעריבער זאלסטו בלייבן לערנען די הייליגע תורה וועט דער אייבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.


אין שלחן ערוך הלכות צדקה ווערט גע'פסק'ט (יורה דעה, סימן רנ), אז ווער עס האט נישט קיין געלט מעג גיין נאך געלט; דעריבער אז דיין טאטע האט נישט קיין פרנסה, ער זינקט אין חובות און דו האסט נישט פון וועם צו בעטן געלט ווען דו דארפסט קויפן מלבושים וכדומה - מעגסטו גיין נאך געלט; אבער גיי נישט נאך געלט נאר פאר וואס דו דארפסט.


גיי נאך געלט פאר דיינע עלטערן; עס נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי דאס אז א קינד העלפט זיינע עלטערן. ביי אונז אין ישיבה איז דאס איינגעפירט ביי אלע בחורים, זיי גייען נאך געלט יעדע נאכט ביי הייזער און ביי חתונות; אביסל ברענגען זיי פאר די ישיבה און די איבעריגע געלט געבן זיי פאר די עלטערן, זיי צאלן אויס די באלאנס אין גראסערי, און ביי די פיש און פלייש געשעפט; זיי דערשמעקן אין שטוב וואו מען דארף געלט און פארוואס מען דארף געלט און שטעלן דאס צוזאם שטילערהייט.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי העלפן די עלטערן זיי זאלן קענען לעבן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן און איך בעט פון ענק נאר איין זאך "איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; דעריבער זאלסטו בלייבן אין ישיבה לערנען פלייסיג. מיט דעם וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן און ביינאכט זאלסטו העלפן דיינע עלטערן וויפיל דו קענסט.


אז דו גייסט צוזאמשטעלן געלט פאר דיינע עלטערן זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין בדרך כבוד, ווייל עס איז גארנישט ווערד אז א קינד האלט אויס זיינע עלטערן און ער רעדט צו זיי מיט חוצפה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה פרק א, הלכה א): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", עס איז דא אמאל א קינד וואס האלט אויס זיין טאטע, ער ברענגט אים צו עסן געשטאפטע גענז, מיט דעם אלעם וועט ער גיין אין גיהנום, "וְיֵשׁ שֶּׁהוּא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", ווידעראום איז דא אמאל א קינד וואס מאכט זיין טאטע טון שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער האבן גן עדן; ווי אזוי קען זיין א מענטש וואס געבט זיין טאטע צו עסן די בעסטע עסן זאל גיין אין גיהנום? ברענגט די גמרא אראפ א מעשה, עס איז געווען א מעשה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה מַאֲכִיל לְאָבִיו תַּרְנְגּוֹלִים פְּטוּמִים, עס איז געווען איינער וואס האט אויס געהאלטן זיין טאטע, דער טאטע איז שוין געווען אלט, ער האט נישט געקענט ארבעטן און דער זון פלעגט אים ברענגען יעדן טאג געשטאפטע גענז, "פַּעַם אַחַת אָמַר לוֹ אָבִיו: בְּנִי, הַלָּלוּ מִנַּיִן לְךָ?" איין טאג פרעגט אים זיין טאטע: פון וואו האסטו אזעלכע געשמאקע גענז? "אָמַר לוֹ: זָקֵן, זָקֵן, אֱכֹל וּשְׁתוֹק, שֶׁהַכְּלָבִים אוֹכְלִים וְשׁוֹתְקִים", האט ער זיך אנגערופן צום טאטן מיט געשפעט: אלטע טאטע וואס רעדסטו אזוי פיל, שווייג און עס, אפילו הינט ווען זיי עסן בילן זיי נישט, פרעג נישט קיין קשיות, עס און שוין, "נִמְצָא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", קומט אויס אז אין הכי נמי, ער געבט טאקע צו עסן דעם טאטן, אבער ער וועט גיין ביים סוף אין גיהנום, ווייל ער רעדט מיט חוצפה.


נאכדעם איז דא איינער וואס נעמט דעם טאטן צו ארבעטן שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער גיין אין גן עדן, ווי אזוי איז דאס שייך? דערציילט די גמרא: "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה טוֹחֵן בָּרֵחַיִים", עס איז געווען איינער וואס האט געארבעט שווער ביי א מיל, "שָׁלַח הַמֶּלֶךְ לְהָבִיא טוֹחַנִים לַעֲבוֹדָתוֹ", איין טאג האט דעם איד'ס טאטע באקומען א באפעל פונעם קעניג ער זאל קומען ארבעטן ביי אים אין פאלאץ, "אָמַר לוֹ לְאָבִיו, אַבָּא, הִכָּנֵס וּטְחֹן תַּחְתַּי וַאֲנִי אֵלֵךְ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ", האט דער זון געזאגט: טאטע, נעם איבער מיין ארבעט ביים מיל און איך וועל גיין אנשטאט דיר ארבעטן ביים קעניג, "אִם יַגִּיעַ לִידֵי בִּזָּיוֹן, אֶתְבַּזֶה אֲנִי וְלֹא אַתָּה", אז דו זאלסט נישט ווערן פארשעמט ביים קעניג, (אדער ווי רש"י זאגט (בבלי קידושין לא:): וַאֲנִי אֵלֵךְ תַּחְתֶּיךָ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ שֶּׁאֵין לָהּ קִצְבָה), "נִמְצָא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", קומט אויס אז דער האט געמאכט זיין טאטע ארבעטן שווער און ער באקומט שכר אויף דעם; זעט מען פון דעם אז עס איז נישט גענוג צו העלפן א טאטע בלויז מיט געלט, ווייל אויב מען רעדט מיט עזות וועט מען באקומען א גרויסער עונש.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און האבן פרנסה בשפע אז דו זאלסט שטענדיג קענען העלפן דיינע עלטערן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#114 - מעג מען לערנען דף היומי?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג אסאך הערן אייערע שמועסן און שיעורים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געלערנט אסאך גוטע זאכן, ביז ווען איך האב געהערט איין זאך וואס האט מיר זייער געשטערט, ווען איר האט געזאגט ביי א שיעור פאר סאטמארע אינגעלייט אז היינט מעג מען שוין לערנען "דף היומי".


איך מיין אז אפילו אויב איר האלט אז מ'מעג עס לערנען, טאר מען דאס אבער נישט זאגן פאר סאטמארע אינגעלייט וואס זיי האט מען אנדערש געלערנט, נאכדערצו צו זאגן אז דער סאטמארער רבי זי"ע וואלט היינט אויך שוין געלאזט דאס לערנען, וואס דאס איז שוין א חוצפה צו זאגן.


עס איז קלאר אז אויך דא אין אמעריקע האט דער סאטמארער רבי זי"ע אויך נישט געלאזט לערנען דף היומי. רבי מאיר שפירא זי"ע האט געהאט א ברודער וואס האט געוואוינט אין אמעריקע, און ער איז געקומען צום סאטמארער רבי זי"ע אז מ'זאל לערנען דף היומי, האט אים דער רבי געענטפערט, "וואס זאל איך טון, דף היומי איז אגודה, און אגודה איז ציונות, און ציונות איז אפיקורסות".


איר טוט געוויס אויף גאר אסאך גוטע זאכן, און איך וואונטש אייך הצלחה אין אלע ענינים, אבער איך בין פארווייטאגט איבער די נושא, און איך האף אז איר וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח, הערשל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הערשל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וואס דו פרעגסט היתכן איך רעד צו אינגעלייט מען זאל לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, ווען אסאך צדיקים זענען ארויס אנטקעגן 'לימוד דף היומי'.


וויסן זאלסטו אז הגאון רבי מאיר שפירא זכרונו לברכה האט אריינגעברענגט דעם לימוד ביי כלל ישראל, נאכדעם וואס ער האט דאס באקומען א מתנה פון רבי'ן.


די ברסלב'ע חסידים האט מען שטענדיג גע'רודפ'ט און מבזה געווען, און ווען די גרעניצן פון פוילן זענען געווען פארמאכט איז נישט געווען קיין שום וועג צו קענען פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, האט ער מסכים געווען אוועק צו געבן דעם בנין פון זיין ישיבה 'ישיבת חכמי לבלין' פאר אנשי שלומינו, אז מען זאל האבן א פלאץ וואו צו דאווענען צוזאמען במשך ראש השנה, בנוסף צו דעם האט ער אליינס אויך מיט געדאווענט מיט אנשי שלומינו. האבן אנשי שלומינו פונעם פריערדיגן דור - רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה ה' ינקום דמו, און רבי אהרן לייב ציגלמאן זכרונו לברכה ה' ינקום דמו געזאגט, אז דער רבי האט אים געגעבן דערפאר א מתנה, ער האט זוכה געווען אריין צו ברענגען דעם לימוד ביי כלל ישראל, ווייל פאר אנשי שלומינו איז געווען זייער א גרויסע זאך אז אזא גרויסער רב ווי רבי מאיר שפירא ז"ל זאל אוועק געבן זיין ישיבה פאר ברסלב'ע חסידים און אויך מיט דאווענען מיט זיי.


פרעג נישט וואס ער האט זיך איינגעקויפט מיט דעם; מען האט אים געטשעפעט און פארגעהאלטן 'היתכן ער נעמט אריין די ברסלב'ע וכו'', דערפאר האט אים דער רבי באצאלט.


נאכדעם איז געקומען די 'אגודת ישראל פארטיי', זיי האבן געזוכט ווי אזוי זיי קענען כאפן די וועלט מיט אלע גדולים וכו', האבן זיי פראקלאמירט דעם לימוד ביי זייער כנסיה הגדולה; דעריבער זענען די צדיקים פון יענעם דור געווען זייער אנטקעגן דעם לימוד און געזאגט אז מען זאל נישט לערנען מיט זייער וועג, נישט צוליב דעם וואס דער עצם לימוד איז א פראבלעם נאר כדי מען זאל זיי נישט געבן קיין חיזוק וכו', אבער היינט צו טאגס שטעלט זיך ארויס אז דאס האט גארנישט צו טון מיט 'אגודת ישראל'.


היינט צו טאגס ווען א בחור אדער א אינגערמאן לערנט יעדן טאג דעם דף גמרא, האט דאס נישט קיין שום שייכות מיט קיין שום פארטיי; דער גאנצער פארטיי איז שוין צעשפליטערט און צעטיילט אויף עקסטערע פארטייען, יעדער פון זיי זוכט נאר כבוד און געלט וכו', יעדער איינער זעט שוין איין היינט צוטאגס אז זייער גאנצע כוונה איז נאר געלט און כבוד וכו'.


ווען איינער לערנט היינט דעם לימוד האט דאס גארנישט מיט זיי; פארקערט, יעדע דף גמרא וואס א מענטש איז זוכה צו לערנען ברענגט ער אריין אין זיך דעם אייבערשטן. מיט יעדע דף גמרא וואס מיר לערנען איז מען מקרב די גאולה און מיר וועלן זוכה זיין אז עס וועט מקוים ווערן דעם פסוק (זכריה יג, ב): "וְהָיָה בַיּוֹם הַהוּא נְאֻם ה' צְבָאוֹת, אַכְרִית אֶת שְׁמוֹת הָעֲצַבִּים מִן הָאָרֶץ, וְלֹא יִזָּכְרוּ עוֹד; וְגַם אֶת הַנְּבִיאִים וְאֶת רוּחַ הַטֻּמְאָה אַעֲבִיר מִן הָאָרֶץ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#113 - זאל איך מחזק זיין מיין מאן צו לערנען ביינאכט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר אלע שיינע שיעורים, ס'איז פשוט מחיה נפשות.


איך בין פון ארץ ישראל, מיין מאן האט ב"ה א שטארקע חשק צו תורה, ער לערנט כמעט א גאנצן טאג אין כולל, און ער לערנט אויך א כולל אינמיטן די נאכט נאך חצות. אסאך מאל איז אים זייער שווער אויפצושטיין אינדערפרי, און איך וויל וויסן אויב איך דארף אים מחזק זיין אויף דעם.


איך האב אים געזאגט ער זאל ענדערש גיין אין א פארמיטאג כולל, ער טענה'ט אבער אז ס'איז זייער געשמאק צו לערנען ביינאכט ווען ס'איז רואיג און שטיל, למעשה קומט אבער אויס אז ער איז זייער מיד בייטאג, צו שמחות גייט ער כמעט נישט ווייל ער דארף אויפשטיין חצות, און אויב גייט ער יא צו א שמחה בלייבט ער שוין אויף נאכדעם די גאנצע נאכט ווייל ער וויל נישט פארפאסן די כולל.


זאל איך אים מחזק זיין אנצוהאלטן די נאכט כולל, אדער אים פרובירן אפצורעדן דערפון?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט זוכה געווען צו האבן א מאן וואס לערנט פלייסיג די הייליגע תורה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבועות ל:): "אֵשֶׁת חָבֵר הֲרֵי הִיא כְּחָבֵר", מען דארף געבן כבוד פאר די ווייב פון א תלמיד חכם פונקט אזוי ווי מען דארף מכבד זיין א תלמיד חכם, ווייל אין איר זכות קען ער לערנען פלייסיג די הייליגע תורה. אזוי ווי חז"ל זאגן (ברכות יז.): "אֲמַר לֵיהּ רַב לְרַבִּי חִיָּא: נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" אויף וואספארא גוטע מעשים באקומען די פרויען שכר, זיי האבן דאך נישט די מצוה פון לערנען די הייליגע תורה? האט אים רבי חייא געענטפערט: "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", פארן שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה, און פארן אפווארטן די מענער ביים אהיים קומען פון כולל וואו זיי לערנען תורה - אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר.


דעריבער זאלט איר אים ווייטער מחזק זיין ער זאל לערנען די הייליגע תורה; ווען ער וועט זען ווי איר שעצט אים און איר האלט אים חשוב וועט דאס ברענגען ער זאל לערנען נאך מער פלייסיג. ווייל די מערסטע חיזוק באקומט מען פון די ווייב; אז א ווייב קוקט ארויף איר מאן מיט זיין לערנען און זיין אויפשטיין פארטאגס לערנען פלייסיג, וועט דער מאן האבן כח ממשיך צו זיין מיט זיין עבודת השם, דאס געבט כח אויפצושטיין פארטאגס לערנען.


דעריבער אז ער וויל לערנען ביינאכט זאלט איר אים נאר מחזק זיין און שעצן, וועט איר זוכה זיין צו באקומען די געוואלדיגע שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#112 - קענט איר מיר קלאר מאכן עטליכע שאלות בנוגע זאגן משניות?
צניעות, לימוד התורה, משניות, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר'ן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט צו ענטפערן מיינע שאלות. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע שאלות איבער לימוד משניות.


א. אזוי ווי ס'איז באקאנט די סגולה פון זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, עס הרג'ט דעם יצר הרע און שלעפט ארויס דעם מענטש פון זיינע שלעכטע מעשים, מוהרא"ש שרייבט (אשר בנחל, חלק מ"ו, ח'רפ"א) אז דאס וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן י"ט) אז מ'זאל לערנען יעדן טאג "כך וכך", דאס גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות, וויל איך וויסן צי דאס מיינט דוקא אז מ'מוז יעדן טאג באזונדער זאגן ח"י פרקים, און עס ענדיגן פאר ס'ווערט נאכט, אדער מיינט דאס בכלליות אז מ'זאל ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה יעדן חודש? איך פארשטיי אז משניות האט סגולות סיי וויפיל און וויאזוי מען זאגט עס, איך וויל נאר וויסן לגבי דעם ענין פון ח"י פרקים א טאג.


ב. ווען מ'זאגט ח"י פרקים משניות יעדן טאג, ענדיגט מען משניות אין 29 טעג, וואס לערנט מען אינעם דרייסיגסטן טאג פון א חודש וואס האט דרייסיג טעג?


ג. תשעה באב וכדומה, ווען מ'טאר נישט לערנען צוליב אבילות, מעג מען זאגן ח"י פרקים משניות? ובפרט איינער וואס איז געוואוינט דאס צו זאגן יעדן טאג? אויך וויל איך וויסן צי מ'מעג דעמאלט לערנען דעם רבינ'ס ספרים, אפשר גייט עס אריין אין כלל פון ספרי מוסר וואס די פוסקים זענען דן איבער דעם אז מ'מעג דאס אפשר לערנען אום תשעה באב.


ד. איך ארבעט אויף א פלאץ וואו עס דרייען זיך דארט נישט צניעות'דיגע און נישט אידישע פרויען, ובפרט אין די זומער, מעג מען דארט זאגן משניות, אדער תהלים און נ"ך וכדומה? און די זעלבע אויך ווען מ'ווארט אויף א באס אויפ'ן גאס וכדומה נעבן נישט צניעות'דיגע פרויען, מעג מען דארטן לערנען?


איך האף אז איר וועט מיר דאס אלעס קענען קלאר שטעלן. א גרויסן יישר כח, עקיבא

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד עקיבא נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן זכרונו לברכה ער זאל יעדן טאג זאגן "ח"י פרקים משניות", אויך האט דער רבי געזאגט פאר עטליכע פון אנשי שלומינו זיי זאלן זאגן יעדן טאג "ח"י פרקים משניות" (עיין שיחות הר"ן סימן קפה). אזוי אויך האט דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו געהייסן מען זאל יעדן טאג זאגן "ח"י פרקים משניות" אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זיין ספר ליקוטי תורה (הדרכה ו): "תֹּאמַר "ח"י פרקים משניות" בְּלִי פֵּירוּשׁ בְּכָל יוֹם, כְּדַי שֶׁתִּגְמוֹר בְּכָל חוֹדֶשׁ כָּל הַשִּׁשָּׁה סְדָרִים; כֵּן תִּנְהַג כָּל יְמֵי חַיֶּיךָ", אויך ווערט געברענגט פונעם הייליגן מהר"ם פאפירש (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "טוֹב לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם, וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם, נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט זיי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיטן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'נען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיך נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפן מענטש.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין עבירות רחמנא לצלן; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, יהי' מה שיהי', וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיין פלאנטער און ער וועט ווערן אן ערליכער איד"; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דער שיחה גייט ארויף אויף "ח"י פרקים משניות". אפילו איינער איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג: "ח"י פרקים משניות", וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


עס איז נישט שווער צו זאגן "ח"י פרקים משניות" יעדן טאג, מען קען דאס איינטיילן דורכן טאג אויף דריי טיילן: זעקס פרקים אינדערפרי, זעקס פרקים נאכמיטאג און זעקס פרקים ביינאכט. עס דארף נישט געזאגט ווערן דוקא בייטאג וכו', נאר ווען מען האט אביסל צייט בייטאג אדער ביינאכט זאל מען אריין כאפן נאך א פרק משניות און נאך א פרק משניות ביז מען וועט אנקומען צו: "ח"י פרקים משניות".


מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארימען: "ווי אזוי זעט מען אויף א אינגערמאן צי ער איז א תלמיד "היכל הקודש?" אויב ער דרייט זיך מיט א קליינע משניות'ל אין טאש, און ווען ער האט אפאר איבעריגע מינוט, כאפט ער אריין נאך א פרק און נאך א פרק - דאס איז א סימן פון א תלמיד 'היכל הקודש'".


אז מען זאגט יעדן טאג "ח"י פרקים משניות" איז מען זוכה מסיים צו זיין יעדן איינציגן חודש גאנץ "ששה סדרי משנה". אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווייל די ווערטער פון די תורה רייניגט דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "אָמַר רָבָא, לְעוֹלָם לִיגְרִיס אִינִישׁ וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען די הייליגע תורה אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט, און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת סג.): "לִיגְמֹר אִינִישׁ וְהָדַר לִיסְבֹּר", קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער, און נאכדעם קומט מען שוין צו פארשטיין.


אסאך תלמידי היכל הקודש לערנען משניות מיטן חודש. דאס הייסט, זיי הייבן אן יעדן ראש חודש נאכאמאל ששה סדרי משנה; א' לחודש זאגט מען גאנץ מסכת ברכות, גאנץ מסכת פאה און די ערשטע פרק פון דמאי, ב' לחודש גייט מען ווייטער מיט מסכת דמאי, גאנץ מסכת כלאים און די ערשטע דריי פרקים פון שביעית, און אזוי ווייטער ביז מען איז מסיים יעדן חודש גאנץ ששה סדרי משנה, און ווען מען האלט ביי א חודש וואס האט דרייסיג טעג מאכן זיי זיך א באזונדערע שיעור אין משניות, דאס לערנען זיי יעדע חודש מלא דעם דרייסיגסטן טאג.


עס זענען דא תלמידי היכל הקודש וואס גייען נישט ממש אויפן טאג פונעם חודש, נאר גייען אויף זייער אייגענע סדר; יעדן טאג זאגט מען "ח"י פרקים משניות" - יעדער איינער וואו ער האלט, מען קוקט נישט אויף נעכטן און מען טראכט נישט פונעם מארגן, נאר מען לעבט מיטן היינטיגן טאג - יעדן טאג פראבירט מען אריין צו כאפן אביסל תורה; יעדער מענטש האט זיך זיין וועג ווי ער איז מער מצליח, דעריבער איז נישט כדאי צו קוקן אויף א צווייטן.


בנוגע צי מען קען זאגן ח"י פרקים משניות אום תשעה באב; תשעה באב טאר מען נישט לערנען, אזוי ווערט גע'פסק'עט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן תקנד, סעיף א) ווייל תורה מאכט פרייליך דעם מענטש, און תשעה באב איז א טאג וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, אבער די פוסקים זאגן (עיין נטעי גבריאל סימן עה, סעיף קטן יט) אז נאכמיטאג קען מען לערנען שיעורם כסדרן; דער וואס לערנט יעדן טאג זיינע שיעורים קיבועים, מקרא, משנה, גמרא וכו' וכו', מעג עס לערנען תשעה באב נאכמיטאג.


אז מען רעדט שוין פון לערנען משניות תשעה באב, איז כדאי צו דערמאנען וואס דער הייליגער בני יששכר זאגט (חודש תמוז אב - מאמרי חדשי תמוז אב, מאמר ב): "סַך כָּל הַשָּׁעוֹת מִן הכ"ב יָמִים הֵם תקכ"ח", די שעות פון די דריי וואכן איז סך הכל פינף הונדערט אכט און צוואנציג, "עַל כֵּן יֶשׁ בַּמִּשְׁנָיוֹת תקכ"ח פְּרָקִים מִנְיַן מַפְתֵּ"חַ", דערפאר איז דא אין ששה סדרי משנה פינף הונדערט אכט און צוואנציג פרקים, "כְּמִנְיַן מַפְתֵּחַ הַגְּאֻלָּה", ווייל דאס איז דער שליסל מיר זאלן דורכדעם ארויס גיין פון גלות, וואס דאס איז אנטקעגן די פינף הונדערט אכט און צוואנציג שעה פון די דריי וואכן וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין הַגָּלֻיּוֹת מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת הַמִּשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר אינעם זכות פון די וואס לערנען משניות, "וּכְשֶׁמְדַבְּרִין וְשׁוֹנִין בְּמוֹ פִינוּ הַתּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה, אֲזַי נִפְתַּח הַסָּתוּם", ווען מען חזר'ט משניות וועט געעפנט ווערן די פארמאכטקייט פון אונזער גלות, אזוי ווי עס שטייט (הושע ח, י): "'גַּם כִּי יִתְנוּ בַגּוֹיִם עַתָּה אֲקַבְּצֵם', לָשׁוֹן מַתְנִיתִין", יתנו איז א לשון פון משניות, אז מען וועט לערנען משניות אין גלות, "עַתָּה אֲקַבְּצֵם", וועט אונז דער אייבערשטער אויסלייזן; זעט מען דאס גרויסקייט פון לערנען משניות, בפרט יעצט אין די טעג וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, און דאס וועט ברענגען די גאולה.


בנוגע צי מען מעג לערנען ווען מען ווארט אויף א באס וכו'; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית י:): "שְׁנֵי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים שֶׁמְהַלְּכִים בַּדֶּרֶך, וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תּוֹרָה, רְאוּיִין לִישָׂרֵף", ווען מען איז אונטערוועגנס און מען לערנט נישט איז מען ראוי פארברענט צו ווערן; ווען א מענטש איז אונטערוועגנס, אויפן טרעין אדער אויפן באס, אויב האט ער נישט מיט זיך א ספר; א משניות, א חומש, אדער א תהילים וכדומה, וועט ער פארברענט ווערן פון דעם יצר הרע. נישט נאר מען מעג לערנען אונטערוועגנס, נאר אן דעם איז נישט מעגליך צו בלייבן א איד, בפרט זוממער ווען מען פארט מיט די שטאטישע באסעס, טרעינס וכדומה לזה, אויב נעמט מען נישט מיט א ספר מיט זיך ווערט מען פארברענט, נישט איין מאל נאר יעדע סקונדע. אזוי אויך ווען מען ארבעט אין א פלאץ מיט גוים וכו' און מען וויל ניצול ווערן פונעם יצר הרע, מען האט נסיונות וכו', זאל מען אנטלויפן צו די תורה, אזוי וועט מען געראטעוועט ווערן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות.

#111 - לערנען ווען מ'שטייט אין געשעפט, ברענגט נישט קיין ביטול תורה?
לימוד התורה, פרנסה, סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די געוואלדיגע שיעורים וואס זענען מיר ממש מחיה און ווייזן מיר דעם ריכטיגען וועג אין לעבן.


איך האב געהערט אויף איינע פון די שיעורים אז ווען מ'שטייט אין געשעפט און מ'ווארט אז קאסטומערס זאלן אריינקומען, זאל מען אין די צייט האבן א קליינע גמרא אדער משניות וכדומה, און אויסנוצן די ליידיגע צייט מיט לימוד התורה.


האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס הייסט נישט קיין ביטול תורה, אז מ'דארף מפסיק זיין אינמיטן לערנען ווען א קאסטומער קומט אריין און מען דארף אים סערווירן.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען נוצט אויס די צייט און מען לערנט אינמיטן די ארבעט איז דאס נישט קיין ביטול תורה, דאס איז קיום התורה און דאס איז דער וועג צו מצליח זיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה", זאג נישט 'ווען איך וועל האבן צייט און איך וועל נישט זיין פארנומען, דעמאלט וועל איך לערנען', ווייל "שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", עס קען זיין אז דו וועסט קיינמאל נישט האבן קיין צייט; עס זענען דא מענטשן וואס זענען שטענדיג פארנומען, ממילא קען זיין אז יעדעס מאל וועט זיין אנדערע תירוצים פארוואס מען קען נישט לערנען, דעריבער דארף מען אריין כאפן צו לערנען תורה ווען מען האט נאר צייט.


אזוי פירן זיך ברסלב'ע חסידים עד היום הזה; זיי נעמען שטענדיג מיט זיך א זעקל ספרים - א חומש'ל, א משניות'ל און א תהילים וכדומה, און ווען מען האט נאר א איבעריגע מינוט כאפט מען אריין אביסל גוטס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) ווען א מענטש שטארבט און קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" זאגט דער רבי, דער פשט דערפון איז אז מען פרעגט די נשמה: "דו האסט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג, מיט אלע שוועריקייטן און איבערגייעכטס?" ווייל 'קֶבַע' איז א לשון פון 'גְּזֵלָה', אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ" (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד).


ביטול תורה הייסט, אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א חודש נאך א חודש - אן דעם וואס מען עפנט אויף א אידיש ספר; מען קען אויסקוקן פון אינדרויסן ווי א חשוב'ער אינגערמאן, אבער פון אינעווייניג איז מען א פיסטער יונג. עס גייט אריבער דעם יאר אן דעם וואס מען איז מעביר סדרה יעדע וואך, אן דעם וואס מען זאל אפילו האבן מסיים געווען איין מאל 'ששה סדרי משנה', אן דעם וואס מען זאל לערנען יעדן טאג א דף גמרא - דאס איז ביטול תורה.


דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן לערנען נישט; מען טראכט: 'איך בין אן ארבעטער, איך קען נישט לערנען. איך בין נישט קיין כולל אינגערמאן, איך בין נישט פון די רבנים וכו''; אזוי לעבט מען אפ דעם לעבן נעבעך אן תורה. אבער ווען מען וואלט ווען געוואוסט פון רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" וואלט יעדער איד געלערנט און מסיים געווען צענדליגער מאל ששה סדרי משנה און ש"ס וכו' וכו'; מען וואלט געהאט אויף אלעם די צייט.


א פרק משניות נעמט נישט לאנג צו לערנען, עס נעמט אין דורכשניט צוויי מינוט גורס צו זיין א פרק משניות. ווען מען הייבט אן גורס זיין משניות, מען זאגט א פרק נאך א פרק, אפילו מען פארשטייט נישט - דעמאלט היט מען די צייט. ווען מען האט אן איבעריגע מינוט, צי אינמיטן די ארבעט, צי מען איז אונטערוועגנס, צי מען ווארט ביי א דאקטער וכו' וכו', - כאפט מען אריין פרקים משניות, אזוי איז יעדע מינוט אפגעהיטן.


עס שטייט אין תיקוני זוהר (הקדמה, ה.) אז די ראשי תיבות פון זְ'רָעִים מ'וֹעֵד נָ'שִׁים נְ'זִיקִין קָ'דָשִׁים טָ'הֳרוֹת איז "זְמַן נָקַט"; האב איך געהערט פון א ברסלב'ער חסיד א הערליכע פשט, אז איינער וואס לערנט משניות האלט די צייט אין די האנט – "זְמַן נָקַט". וואו ער גייט נעמט ער מיט זיך א משניות, אזוי האט ער אסאך צייט.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, מען קען וויסן אויף איינעם צי ער דרייט זיך אין "היכל הקודש", אויב זעט מען אים שטענדיג מיט א משניות אין די האנט, איז א סימן אז ער דרייט זיך אין היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#110 - איך מוטשע זיך מיט פרנסה, און מיט תורה און תפלה, וואס טוט מען?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו אייערע שיעורים, וואס האבן מיר ממש געטוישט דאס לעבן צום גוטן. איך ארבעט אסאך שעות, און אין די איבריגע צייט פארברענג איך מיט מיין פאמיליע, און עס קומט מיר נישט אויס קיין צייט צו לערנען, ווען איך בין אבער געוואויר געווארן דורך אייך פון דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, האב איך אנגעהויבן צו לערנען, און איך האב ב"ה שוין געענדיגט גאנץ ששה סדרי משנה.


למעשה אבער קומט אפילו דאס אויך אן זייער שווער, דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף מיר און נעמט מיר ממש צו די גאנצע צייט, איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן אבער איך שפיר אז מיינע תפלות ווערן נישט געענטפערט.


מיין פרנסה איז נישט די בעסטע, סיי מיט דעם וואס איך ארבעט אויף א פלאץ מיט פרייע אידן, און דאס איז זייער נישט גוט פאר מיר, אויך מאך איך נישט גענוג געלט, קוים וואס איך קען ענדיגן דעם חודש, און פון קויפן א דירה איז שוין אפגערעדט אז ס'איז נישט מעגליך. איך בעט אזויפיל דעם אייבערשטן אז איך זאל טרעפן א בעסערע פרנסה, אויף א בעסערע פלאץ, דערווייל זע איך אבער נישטא אז די תפלות זאלן ברענגען פירות.


און אפילו דאס ביסל התבודדות קומט מיר אויך אן זייער שווער, די איינציגסטע צייט וואס איך האב צו מאכן התבודדות איז נאר שפעט ביינאכט, און ווען איך גיי שלאפן שפעט שטיי איך נאכדעם אויף שפעט, און דאס שטערט מיר דעם גאנצן טאג.


איך האף אז איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן און מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דארפסט טאנצן פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה אין דיין לעבן, וויפיל עלטערע מענטשן האבן נאך נישט געענדיגט אפילו איינמאל אין לעבן גאנץ ששה סדרי משנה; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט די הייליגע תורה.


משנה באטרעפט דריי הונדערט פינף אין ניינציג, און פרנסה באטרעפט אויך דריי הונדערט פינף אין ניינציג; בזכות לימוד משניות וועסטו האבן שפע ברכה און הצלחה.


יעדער איינער מוטשעט זיך; עס איז נישט דא אויף דער וועלט א מענטש וואס זאל זיך נישט פלאגן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד". אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישט דא קיין עולם הזה, נאר דא איז דער גיהנום אליין, ווייל יעדער איינער איז פול מיט יסורים. נאך זאגט דער רבי (שם) אז יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישט דא קיין איין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', און אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, ער לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישט דא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


איך בעט דיר זייער, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות; דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: ווען א מענטש דאנקט שטענדיג דעם אייבערשטן; ווען מען פרעגט אים: "וואס מאכסטו?" "וואס הערט זיך?" ענטפערט ער: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן", דאן זאגט דער אייבערשטער: "קוק אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און אזוי דאנקבאר; איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט, און מען געבט אים א גוט לעבן".


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר דיין ווייב און קינדער; דאנק אים אז דו ביסט געזנט און שטארק. וויפיל אידישע קינדער ליגן נעבעך אין שפיטאל מיט ביטערע יסורים; דאנק אים און לויב אים וועט ער דיר עפענען די הימל און דו וועסט זען די ניסים וואס ער דיר מאכן.

#109 - קביעת עתים אויף א פונקטליכער מינוט? וויפיל מוז מען ארבעטן? מעג מען מפרסם זיין סיומים?
לימוד התורה, פרנסה, סיום, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר דעם וואס איר געבט די געלעגנהייט אייך צו קענען פרעגן שאלות, און פאר די הערליכע קלארע תשובות בטוב טעם ודעת.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן. איינס לגבי קביעת עתים לתורה, אויב דאס דארף זיין ממש אויף די זעלבע צייט יעדן טאג א גאנץ יאר, וואס דאס איז שווער מקיים צו זיין ווייל ס'דא צייטן וואס ס'ווערט פריער נאכט, און אנדערע צייטן ווערט שפעטער נאכט, און אויך איז דא שבתים וימים טובים וואס מ'קען אין די צייט זיין פארנומען מיט סעודות אדער דאווענען וכדומה.


צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן אויב איינער וואס ארבעט שוין 50 שעה א וואך, אבער ער מאכט נישט גענוג געלט צו דעקן אלע הוצאות, צי ער איז מחיוב מצד די כתובה ומצד די חיוב צו שפייזן די קינדער און צאלן שכר לימוד, צו ארבעטן מער שעות.


אויך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס שטייט אין שלחן ערוך (או''ח סימן תקס''ה וביו''ד סימן רמ''ט סי''ג) אז מ'זאל נישט מפרסם זיין אז מ'האט געפאסט אדער אז מ'האט געגעבן צדקה, אויב אזוי צי מעג מען מפרסם זיין אז מ'האט געענדיגט א מסכת, אדער אז מ'האט געענדיגט אזויפיל און אזויפיל מאל משניות?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, עקיבא

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד עקיבא נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.


בענין קביעות עתים לתורה; דער רבי האט אמאל געפרעגט א איד צי ער לערנט יעדן טאג, האט דער איד געענטפערט דעם רבי'ן אז ער האט נישט קיין צייט צו לערנען, ווייל ער איז פאריאגט און פארפלאגט, ער מוטשעט זיך זייער צו ברענגען פרנסה פאר זיין ווייב און קינדער, און ער האט ממש נישט קיין צייט צו לערנען. האט אים דער רבי געזאגט: אפילו דו ארבעטסט א גאנצן טאג און דו קענסט זיך נישט קובע זיין א באשטימטע צייט צו לערנען, דאך זאלסטו זען ארויס צו כאפן יעדן טאג אביסל צייט צו לערנען תורה. דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) אז ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" בפשטות זעט אויס אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט באשטימט א צייט יעדן טאג צו לערנען, אבער דער רבי טייטשט אנדערש, אז מען פרעגט אים צי ער האט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג טראץ זיינע שוועריקייטן און איבערגייעכץ, ווייל קֶבַע איז א לשון פון גְּזֵלָה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג) "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ", זעט מען אז דאס איז א לשון פון גנב'נען; דאס מיינט מען צו פרעגן דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" צי ער האט ארויס געכאפט פון זיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט צו לערנען תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד).


אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן - לערנט מען א גאנצן טאג; ווען מען האט א ליידיגע מינוט כאפט מען אריין אביסל תורה. אפילו מען ארבעט ביטער שווער האלט מען שטענדיג מיט זיך א זעקל ספרים וואס ענטהאלט א חומש'ל, א משניות'ל, א תהלים'ל וכו' און ווען מען האט אן איבעריגע מינוט כאפט מען אריין אביסל גוטס, מען איז מקיים דעם "קָבַעְ"תָּ עִתִּים לַתּוֹרָה" - מען גנב'ט צייט צו לערנען, דאס קען יעדער איינער באווייזן.


אז דו וועסט נאכקוקן ווי אזוי די ברסלב'ע חסידים פירן זיך וועסטו זען ווי מען קען ארבעטן און אין די זעלבע צייט זיין דבוק צום אייבערשטן; א ברסלב'ער חסיד גייט שטענדיג מיט א זעקל ספרים, אזוי אז עס איז נישט דא ביי אים קיין ביטול הזמן - אדער לערנט מען, אדער רעדט מען צום אייבערשטן, אדער איז מען עוסק אין הפצה - מען איז מקרב נאך א איד צום אייבערשטן.


א ברסלב'ער חסיד איז אמאל געפארן מיט א וואגן פיל מיט סחורה צו א יריד; אינמיטן וועג האט זיך אראפ געלאזט א שטארקע רעגן און ער האט נישט געקענט ווייטער פארן, האט ער זיך אפגעשטעלט, אויסגעשפרייט א דעכל און זיך געזעצט לערנען זיינע שיעורים קבועים. אינמיטן איז ר' נתן דורך געפארן און ער האט געזען ווי דער איד זיצט דארט און לערנט זיינע שיעורים מיט א חיות און א געשמאק, און ער האט זייער הנאה געהאט. שפעטער האט ר' נתן געזאגט: "איך האב געזען אויף דעם איד ווי ער האט זייער הנאה געהאט אז עס רעגנט, ווייל אזוי האט ער געקענט לערנען זיינע שיעורים כסדרן און נישט געדארפט ארבעטן".


בענין פרנסה וכו'; דער מאן דארף וויסן אז ער האט אונטער געשריבן ביי די חופה אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר, וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו', דעריבער דארף ער טון אלעס אויף דער וועלט צו שפייזן זיין ווייב און קינדער אז ער זאל חס ושלום נישט אריין פאלן אין חובות; די ערשטע זאך דארף מען צאלן דירה געלט, ווייל אויב מען צאלט נישט קיין רענט וועט מען נישט האבן קיין דאך איבערן קאפ. דעריבער האט מוהרא"ש אונז געזאגט אז דאס ערשטע פלאץ וואו די געלט דארף גיין איז פאר רענט; רענט קומט פאר עסן און פאר אלעמען. נאכדעם דארף מען צאלן לעקטער, געז, גראסערי וכו' וכו', און אז מען ארבעט נישט פאלט מען אריין אין חובות השם ישמרינו ויצילינו, און איינמאל מען האט חובות איז מען שוין נישט דער מענטש וואס מען איז באמת, מען האט שוין נישט קיין מח, מען איז א נצרך לבריות, נאכדעם קען מען נישט דאווענען און נישט לערנען און דער לעבן ווערט אויס.


פאלג דעם רבי'ן וועסטו האבן שפע; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב און דו וועסט איר מכבד זיין, וועסטו זוכה זיין צו האבן פרנסה בריווח. אז מען קריגט זיך אין שטוב, מען האט נישט קיין געדולד צו זיין אין שטוב, און מען זוכט אלץ תירוצים צו בלייבן אינדרויסן מיט חברים וכדומה - דעמאלט פארלירט מען די געלט.


בענין צי מען זאל מפרסם זיין ווען מען ענדיגט א מסכתא; עס ווענדט זיך פארוועם מען איז דאס מפרסם, אז א ראש ישיבה וויל אריין ברענגען א חשק אין אנדערע תלמידים איז זיכער גוט דאס צו מפרסם זיין, יעדע סיום פון די תלמידים, אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא (שבת קיח:): אביי האט געזאגט: "תֵּיתֵי לִי, דְּכִי חֲזִינָא צוּרְבָא מֵרַבָּנָן דְשָׁלִים מְסֶכְתֵּיהּ, עֲבִידְנָא יוֹמָא טָבָא לְרַבָּנָן", זאגט רש"י אויפן פלאץ: אביי איז געווען א ראש ישיבה און יעדעס מאל א תלמיד האט מסיים געווען א מסכתא, האט אביי געמאכט א סעודה און זיך זייער געפריידט. ער האט געזאגט: "תֵּיתֵי לִי", זאל מיר קומען שכר אויף דעם וואס איך פלעג זיך מיט פרייען מיט יעדע סיום פון מיינע תלמידים כדי אריין צו ברענגען אין זיי א חשקת התורה.


אזוי אויך אז מען איז מסיים א מסכתא איז א גרויסע מצוה דאס צו מודיע זיין פאר די עלטערן; דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם - ווען עלטערן זעען ווי זייער קינד לערנט פלייסיג. און זיכער דארף מען דאס מודיע זיין פאר די אייגענע קינדער, ווייל קינדער מאכן נאך זייערע עלטערן; קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואו דער טאטע לערנט, זיי האלטן מיט יעדעס מאל ווען דער טאטע מאכט א סיום - וועלן זיי דאס נאכמאכן. עס איז נישט דא א גרעסערע זאך אין חינוך ווי ווייזן א לעבעדיגע ביישפיל; קינדער וואס וואקסן אויף מיט א טאטע וואס לערנט און מאכט סיומים וועלן זיי דאס נאכטון.


אזוי אויך אז מען האט א חבר וכו' און מען זעט ווי יענער דריידט זיך ביי א רבי א יאר צוויי דריי וכו' וכו' און ער לערנט נישט, פון יאר צו יאר עפענט ער נישט קיין אידיש ספר, מעג מען אים אויך זאגן: "דו ווייסט, איך האב זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין כך וכך מאל ששה סדרי משנה"; "איך האב זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן כך וכך מאל גאנץ ש"ס", דאס קען יענעם אויפוועקן פון זיין שלאף ער זאל טראכטן "וואו בין איך אויף דער וועלט?" "וואס טו איך אויף דער וועלט?" "וואס באקום איך פון מיין רבי?" "פארוואס לויף איך נאך א מענטש וואס קען מיר נישט נאנט ברענגען צום אייבערשטן?"


איך האף דו וועסט ארויס נעמען פון דעם בריוו שכל צום לעבן.

#108 - ווען מ'מאכט א סיום פון זאגן משניות, דארף מען זאגן דעם "הדרן עלך"?
לימוד התורה, סיום, סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים און די שאלות ותשובות, דאס ראטעוועט מיר ממש דאס לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער די כוחות אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


איך וואלט געוואלט פרעגן אויב ווען מ'זאגט משניות דארף מען אויך מאכן א געהעריגע סיום, און זאגן דעם הדרן עלך, אדער נאר אויב מען לערנט געהעריג משניות דארף מען מאכן א סיום. און אויך אויב מען מאכט א סיום אויף יעדע סדר משניות, אדער נאר ווען מ'ענדיגט גאנץ ששה סדרי משנה.


ש'כח נאכאמאל, רפאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד רפאל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינט לערנען געהעריג? ווען הייסט געהעריג געלערנט און ווען הייסט נישט געהעריג געלערנט?


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן מו): "אֲנִי יָכוֹל לְהַרְאוֹת לַלַּמְדָן הַגָּדוֹל שֶׁבַּגְּדוֹלִים שֶׁעֲדַיִן אֵינוֹ יָכוֹל לִלְמֹד כְּלָל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ כְּלָל", איך קען ווייזן פארן גרעסטן למדן אז ער קען נישט לערנען, און ווייסט בכלל נישט וואס מיינט לערנען, "וְכֵן לְהֶפֶךְ, אֲנִי יָכוֹל לְהַרְאוֹת לְהַקְּטַנִּים שֶׁקְּרוֹבִים לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּלְהַתּוֹרָה וְכוּ'", און אזוי אויך פארקערט, איך קען ווייזן פארן קלענסטן מענטש אז ער איז זייער נאנט צום אייבערשטן און צו די תורה.


אז מען איז זוכה און מען איז מסיים א סדר משניות איז דאס זייער א גרויסע זאך, דאס בלייבט מיטן מענטש אויף אייביג און נאר דאס וועט מען מיט נעמען אויף יענע וועלט, נישט קיין חילוק צי מען האט פארשטאנען וואס מען האט געלערנט אדער מען האט געלערנט אן פארשטיין. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "וְדַע שֶׁלֶּעָתִיד מַזְכִּירִין אֶת הָאָדָם כָּל מַה שֶּׁלָּמַד, אַף אִם שָׁכַח", אויף יענע וועלט דערמאנט מען די נשמה אלעס וואס זי האט געלערנט און פארגעסן, "גַּם בְּנֵי אָדָם הַשּׁוֹמְעִים הַתּוֹרָה שֶׁל הַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְאֵינָם מְבִינִים אוֹתָהּ", אזוי אויך, אויב מען האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט, "לֶעָתִיד - בָּעוֹלָם הַבָּא - יָבִינוּ", וועט מען אויף יענע וועלט זוכה זיין דאס צו פארשטיין, "כִּי עִקַּר הַתּוֹרָה הִיא לְהַנְּשָׁמוֹת", ווייל דער עיקר וואס מען לערנט תורה איז פאר די נשמה, "שֶׁבָּעוֹלָם הַבָּא יִהְיוּ הַנְּשָׁמוֹת בְּקִיאִים וּמַשִּׂיגִים הֵיטֵב אֶת הַתּוֹרָה שֶׁלָּמַד וְשָׁמַע הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה", אז אויף יענע וועלט זאלן די נשמות פארשטיין די תורה וואס זיי האבן געלערנט אויף דער וועלט, "אַשְׁרֵי הַמְבַלֶּה יָמָיו בְּתוֹרָה וַעֲבוֹדָה הַרְבֵּה", וואויל איז דער מענטש וואס פארברענגט זיינע טעג און יארן מיט תורה און מיט עבודת השם.


בנוגע צו זאגן דעם "הַדְרָן עֲלָך" מיט די תפילות וכו'; דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן י) אז ווען ער איז געווען יונג האט ער געזוכט אין אלע ספרים וואו עס איז דא תפילות, בקשות און תחינות. דער רבי האט געזאגט: "שֶׁכָּל הַמִּינֵי בַּקָּשׁוֹת שֶׁבָּעוֹלָם שֶׁנִּמְצָאִים בְּאֵיזֶה סֵפֶר שֶׁיִּהְיֶה הַמָּצוּי בֵּינֵינוּ, הַכֹּל כַּאֲשֶׁר לַכֹּל, לֹא הִנִּיחַ שׁוּם תְּחִנָּה וּבַקָּשָׁה שֶׁלּא אֲמָרָהּ כַּמָּה וְכַמָּה פְּעָמִים", יעדע תפילה און בקשה וואס איז דא אין ספרים האט דער רבי געזאגט זייער אסאך מאל, "הֵן תְּהִלִּים, וְסֵפֶר שַׁעֲרֵי צִיּוֹן, וְהַבַּקָּשׁוֹת הַנִּדְפָּסִים בְּהַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים וּשְׁאָר מִינֵי בַּקָּשׁוֹת וּתְחִנּוֹת", סיי תהילים, סיי די תפילות פון ספר שערי ציון, און אלע תפילות וואס זענען געדרוקט אין די גרויסע סידורים, "וַאֲפִילּוּ הַתְּחִנּוֹת הַנִּדְפָּסִים בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז", אזוי אויך די אידישע תחינות, "כֻּלָּם לֹא הִנִּיחַ מִלְּאָמְרָם", קיין שום תפילה האט ער נישט אויסגעלאזט, אדרבה ער האט געזוכט ווי מער צו זאגן און בעטן דעם אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, צו לערנען וכו'. און ר' נתן פירט אויס די שיחה: "וְזֶהוּ הָעִקָּר, מַה שֶּׁהוֹעִיל לוֹ לִזְכּוֹת לְמַה שֶּׁזָּכָה", דורך דעם האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


דעריבער אז מען איז זוכה און מען איז מסיים א סדר משניות אדער א מסכתא אין ש"ס, איז זיכער גוט מען זאל זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן: "לָא נִתֽנַשֵׁי מִינָךְ סֵדֶר ... וְלֹא תִּתֽנַשִׁי מִינַן, לָא בְּעָלְמָא הָדֵין וְלֹא בְּעָלְמָא דְאַָתֵי", איך זאל דיר נישט אפלאזן, און דו זאלסט מיר נישט אפלאזן - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט; נאכדעם בעט מען דעם אייבערשטן: "הַעֲרֵב נָא ה' אֱלֹקֵינוּ, אֶת דִּבְרֵי תּוֹרָתְךָ בְּפִינוּ וּבְפִיפִיּוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל", מאך זיס די תורה פאר מיר, פאר מיינע קינדער און פאר גאנץ כלל ישראל. און מען בעט דעם אייבערשטן: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ יְיָ אֱלֹקַי, כְּשֵׁם שֶׁעֲזַרְתַּנִי לְסַיֵּם סֵדֶר ... כֵּן תַּעַזְרֵנִי לְהַתְחִיל מַסֶּכְתּוֹת וּסְפָרִים אֲחֵרִים וּלְסַיְּמָם, לִלְמֹד וּלְלַמֵּד לִשְׁמֹר וְלַעֲשׂוֹת וּלְקַיֵּם אֶת כָּל דִּבְרֵי תַלְמוּד תּוֹרָתְךָ בְּאַהֲבָה, וּזְכוּת כָּל הַתַּנָּאִים וְאָמוֹרָאִים וְתַלְמִידֵי חֲכָמִים יַעֲמֹד לִי וּלְזַרְעִי שֶׁלֹּא תָמוּשׁ הַתּוֹרָה מִפִּי וּמִפִּי זַרְעִי וְזֶרַע זַרְעִי עַד עוֹלָם", איך בעט דיר אייבערשטער, אזוי ווי דו האסט מיר געהאלפן אז איך האב מסיים געווען ... אזוי זאלסטו מיר העלפן איך זאל זוכה זיין אנצוהייבן נאך שיעורים און זיי ענדיגן, איך זאל זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה און אויך צו לערנען מיט אנדערע, און איך זאל זוכה זיין אפצוהיטן די תורה. און אין די זכות פון אלע תנאים און אמורים און תלמידי חכמים זאל איך און מיינע קינדער לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#107 - איז טאקע דער "סדר דרך הלימוד", פשוט צו זאגן די ווערטער אן פארשטיין?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אסאך געהערט פון אייך איבער דעם סדר דרך הלימוד צו זאגן תורה אפילו ווען מ'פארשטייט נישט. איך האב נאכגעקוקט אין די פוסקים האב איך געזען אז מען איז נישט יוצא לימוד התורה אן פארשטיין נאר ביי תורה שבכתב און נישט ביי תורה שבעל פה, איך קען אבער פארשטיין אז צדיקים קענען זאגן און מכריע זיין אנדערש ווי ס'איז אנגענומען, ווען איך האב אבער נאכגעקוקט אינעווייניג אין שיחות הר"ן (סימן ע"ו) האב איך פארשטאנען פון דארט אז מ'דארף יא פארשטיין כאטש די פשוטע פירוש המילות, אזוי ווי ס'שטייט דארט דער לשון, "רק יראה להבין הדבר בפשיטות במקומו", איך בין זיכער אז ס'איז דא עפעס א הסבר אויף דעם, און איך האף אז איר וועט מיר דאס קענען ערקלערן.


א גרויסן יישר כח, אברהם יהושע העשיל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם יהושע העשיל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עד): "יֵשׁ דִּבּוּר בְּלֹא דֵּעָה, וְיֵשׁ דִּבּוּר בְּדֵעָה", כדי מען זאל זוכה זיין צו פארשטיין וואס מען לערנט דארף מען קודם אסאך זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, "וּשְׁנֵי בְּחִינוֹת אֵלּוּ, הֵן בְּחִינַת 'הוֹשַׁעְנָא רַבָּא וְשִׂמְחַת תּוֹרָה'", ווייל פאר מען קומט אן צו פארשטיין וואס מען לערנט - וואס דאס איז 'שמחת תורה' - דארף מען אריבער גיין דעם שטאפל פון 'הושענא רבא'. "כִּי 'הוֹשַׁעְנָא רַבָּא' הוּא בְּחִינַת דִּבּוּר בְּלֹא דֵּעָה, שֶׁהוּא בְּחִינַת עֲרָבָה, כִּי עֲרָבָה דּוֹמָה לִשְׂפָתַיִם", ערבות זעט אויס ווי די ליפן, דאס לערנט אונז אז קודם דארף מען נוצן די ליפן, מען דארף אסאך זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט.


דער רבי ברענגט דארט אראפ דעם זוהר הקדוש (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין" און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט): בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען.


קיינער קריגט זיך נישט מיט דעם אז דער עיקר איז מען זאל פארשטיין וואס מען לערנט, אבער דער מציאות איז אז זייער אסאך מענטשן לערנען נישט צוליב דעם ווייל אין אנהייב ווען זיי הייבן אן לערנען פארשטייען זיי נישט וואס זיי לערנען, דורכדעם ווערן זיי מיואש און לאזן אינגאנצן אפ דאס לערנען, דעריבער האט דער רבי געגעבן א "סדר דרך הלימוד", א גרינגע זיסע וועג צו לערנען די הייליגע תורה, אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


עס איז כדי דו זאלסט אריין קוקן וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ. רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת. וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל־פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר־כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


נאכדעם ברענגט רבי נתן אז דער רבי האט געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ ּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיי"ש.


דער דרך הלימוד איז א דרך הלימוד פאר יעדן איינעם מקטן ועד גדול - פונעם שוואכסטן קאפ ביזן טיפסטן קאפ; דער וואס פארשטייט לערנען פאר אים זאגט דער רבי: "רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ. וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און פאר דעם וואס ווייסט גארנישט, ניטאמאל די פירוש המילות, פאר אים זאגט דער רבי: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד, רַק הָאֲמִירָה לְבַד; לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", דער רבי וויל איין זאך "מען זאל נישט אויפהערן לערנען, צוליב דעם אז מען וויל בעסער לערנען".


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, אז דו וועסט אוועק לייגן אלע דיינע חכמות און אנעמען דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד", וועסטו זוכה זיין צו מטייל זיין בכל התורה כולה און דו וועסט האבן אנגעפילטע טעג; יעדן טאג וועט דיר זיין אנגעפילט מיט תורה, און צום סוף וועסטו זוכה זיין צו פארשטיין נאך מער ווי די וואס לאכן אפ פונעם סדר דרך הלימוד וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת "סֵדֶר דֶּרֶך הַלִימוּד" שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס "סדר דרך הלימוד"; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַך וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַך וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַך", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#106 - אויף לערנען האב איך שוין אן עצה, איז דא אן עצה אויך פאר דאווענען?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אייערע שיעורים און עצות, וואס העלפן מיר אזויפיל ארויס אין לעבן. איך האב ברוך ה' אנגעהויבן לערנען תורה נאך א דאנק דעם סדר דרך הלימוד, און איך גיי שוין ענדיגן בקרוב צום ערשטן מאל אין לעבן גאנץ ששה סדרי משנה.


אבער כאטש וואס אין לערנען בין איך געהאלפן געווארן, בין איך אבער נאך זייער שוואך אין דאווענען, איך מוטשע זיך זייער שטארק מיט'ן דאווענען, אפשר איז דא עפעס א סדר דרך התפלה פון רבי'ן? עפעס אן עצה ווי אזוי צו קענען דאווענען מיט געשמאק? איך שפיר ממש א ביטערן טעם ווען מ'הויבט נאר אן דאווענען, פארוואס איז דאס אזוי?


א גרויסן יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט די הייליגע תורה און דו גייסט יעצט מסיים זיין דעם ערשטן מאל אין דיין לעבן "ששה סדרי משנה"; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אלע ברכות וואס ליגט אין די תורה.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות ראש חודש, הלכה ה, אות כט): 'תורה' ווערט אנגערופן 'רחל', און 'תפילה' ווערט אנגערופן 'לאה'; ער טייטשט אויס מיט דעם דער פסוק (בראשית כט, יח): "וַיֶּאֱהַב יַעֲקֹב אֶת רָחֵל", א איד האט ליב צו לערנען תורה ווייל מען זעט דאס שיינקייט פון תורה; ווען מען ענדיגט לערנען א מסכתא זעט מען וואס מען האט אויפגעטון, מען קען דאס אנכאפן וכו', אבער ביי לאה שטייט (בראשית כט, יז): "וְעֵינֵי לֵאָה רַכּוֹת", לאה'ס שיינקייט זעט מען נישט אן; קיינער ווייסט נישט וואס פאסירט מיט די תפלות וואס מען בעט דעם אייבערשטער, וואו די תפילות גייען וכו', ווייל תפילה איז א באהאלטענע זאך, אזוי ווי עס שטייט (דברים כט, כח): "הַ'נִּסְתָּרֹת לַ'ה' אֱ'לֹהֵינוּ", דאס איז די ראשי תיבות לא"ה; תפילה איז פארהוילן פון אלעמען, נאר דער אייבערשטער זעט די תפילות וואס מיר דאווענען, דעריבער כאפן זיך מענטשן שטערקער צו צו לערנען ווי צו דאווענען און מען איז מזלזל אין תפילה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יב, ט): "כְּרוּם זֻלֻּת לִבְנֵי אָדָם", און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "אֵלּוּ דְּבָרִים הָעוֹמְדִים בְּרוּמוֹ שֶׁל עוֹלָם, וּבְנֵי־אָדָם מְזַלְזְלִין בָּהֶם", ווי רש"י זאגט מיינט דאס תפילה; תפילה איז פון די זאכן וואס איז די העכסטע זאך אויף דער וועלט אבער מענטשן זענען אין דעם זייער מזלזל.


אבער א מענטש וואס לעבט מיט אמונה, ער גלייבט און ווייסט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, דעמאלט וועט ער זיכער בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס ער דארף, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט צו יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


אויף דעם אליינס דארף מען אויך מתפלל זיין, אז מען זאל זוכה זיין צו בעטן יעדע זאך פונעם אייבערשטן. מען זעט ווי דוד המלך בעט דעם אייבערשטן (תהלים כז, ד): "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה' אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ, שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי", רבונו של עולם איך בעט דיר איין זאך, איך זאל מיין גאנץ לעבן נאר גיין צו דיר, זיך נאר ווענדן צו דיר, איך זאל לעבן מיט אמונה אין דיר; אזוי דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן (אסתר ה, ז): "שְׁאֵלָתִי וּבַקָּשָׁתִי" איך בעט דיר אז איך זאל קענען בעטן און דאווענען.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל לעבן מיט אמונה, איך זאל דיך שפירן, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, אזוי וועל איך האבן חשק צו דאווענען צו דיר.


רבונו של עולם איך ווייס נישט וואס צו טון; עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך, טרינקען טרינקט זיך, אבער וואס זאל איך טון אז עס דאווענט זיך נישט? וואס זאל איך טון אז איך האב נישט קיין געדולד צו דאווענען? דאווענען איז מיר ממש אן אפקומעניש, העלף מיר איך זאל דיר שפירן, איך זאל האבן א קלארע אמונה אז עס איז מלא כל הארץ כבודו, דעמאלט וועל איך דאווענען און לערנען אזוי ווי עס דארף צו זיין", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ביז דו וועסט זוכה זיין צו שפירן אלע זיסע טעמים אינעם דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - וואס טו איך אז מ'לאכט פון מיר ווען איך זאג משניות?
לימוד התורה, בחור, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע שיעורים וואס זענען מיר ממש מחי', איך בין א יונגער בחור און איך האב ב"ה היינט מסיים געווען ששה סדרי משנה, און דאס קומט זיך אייך צו פארדאנקען.


מיין פראבלעם איז אבער אז אנדערע בחורים לאכן פון מיר אז איך זאג משניות, אפשר קענט איר שרייבן אביסל חיזוק איך זאל ווייטער אנגיין.


יישר כח. שלום

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר בחקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלום נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין די ערשטע מאל אין דיין לעבן גאנץ "ששה סדרי משנה"; ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס משניות איז און צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות - וואלטן אלע געלערנט משניות.


זאלסט נישט האבן קיין התפעלות פון די אלע וואס לאכן; געדענק דעם כלל: "לאכן, לאכט דער וואס לאכט צום לעצט"; ווער לאכט באמת? דער וואס לאכט ביים סוף. ווען איינער מאכט אוועק דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד, ער לאכט און מאכט ליצנות אז עס הייסט נישט געלערנט, ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג ווען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן וועט קומען צו אים, דעמאלט וועט מען זען ווער איז דער געלעכטער. די אלע וואס האבן אנגענומען דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד", זיי האבן געלערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י, פרקים משניות און דפים גמרא וכו' וכו', די אלע וועלן צוריק גיין צום אייבערשטן אנגעפילט מיט כל התורה כולה - צענדליגער מאל מסיים געווען ששה סדרי משנה; בבלי; ירושלמי; תוספתא; רמב"ם; טור; שלחן ערוך; זוהר; תיקוני זוהר און אלע מדרשים, זיי וועלן זיך נישט דארפן שעמען,  דעמאלט וועט מען שוין זען ווער איז דער געלעכטער, ווייל דער וואס האט אפגעלאכט פון רבינ'ס דרך הלימוד ביי אים וועט נעבעך מקוים ווערן וואס שטייט (רות א, כא): "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי, וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", זאגט אויף דעם דער זוהר הקדוש (זוהר חדש, רות) אז דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס האט נישט אויסגענוצט זיינע יארן, זיין נשמה קלאגט: "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי", איך בין אראפ געקומען אנגעפילט מיט כל התורה כולה, אבער: "וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", איך גיי צוריק ליידיג.


דאס בעסטע וואלט געווען אז דו זאלסט זיך מיט קיינעם נישט קריגן, גיי נישט אריין אין קיין ויכוחים מיט קיינעם; דו מאך זיך א הויפן ספרים און ווען דו האסט א איבעריגע מינוט זאלסטו לערנען. זע איין צו האלטן די סדרי הישיבה און אזוי אויך זאלסטו מיטהאלטן די שיעורי הישיבה, זיי מכבד דיינע מגידי שיעורים און אודאי דיין ראש ישיבה, און ביי הפסקה אדער ווען אלע שמועסן וכו' דעמאלט זאלסטו זיצן ביי דיין ווינקל און גורס זיין פרקים משיות און דפים גמרא, דאן וועט דיר קיינער נישט שטערן, און אזוי וועסטו זיך איינקויפן א גוטע נאמען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ד.): "הַאי צוּרְבָא מֵרַבָּנַן, דָּמֵי לְפַרְצִידָא דְּתוּתֵי קָלָא, דְּכֵיוָן דְּנָבַט - נָבַט", א יונגער בחור וואס לערנט פלייסיג איז צוגעגליכנט צו א קעריל וואס מען האט איינגעפלאנצט אין די ערד, קיינער ווייסט נישט פון אים, אבער אזוי ווי ער הייבט אן צו שפראצן זאגט רש"י (שם): "הוֹלֵך וְגָדֵל לְמַעְלָה", וואקסט ער העכער און העכער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#104 - איז דער סדר דרך הלימוד, נאר פאר ווען מ'איז אין א שוואכע מינוט?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט וואס איר האט געשריבן אין א תשובה, וועגן דעם "סדר דרך הלימוד", אז דער רבי האט געהייסן פאר רבי נתן צו "זאגן" יעדן טאג ח"י פרקים משניות, כאטש וואס רבי נתן האט געקענט ש"ס אויף אויסנווייניג מיט אלע תוספות, און איר ברענגט דארט ארויס אז אפילו איינער וואס קען לערנען און פארשטייט לערנען, זאל ער נאכאלץ נעמען דעם דרך הלימוד פון רבי'ן צו זאגן אן פארשטיין.


איז מיין שאלה אויב דאס איז געזאגט געווארן דוקא ווען דער מענטש איז אין א שוואכע מינוט, ווען ער האט א ירידת המוחין און אנדערע פראבלעמען וואס לאזן אים נישט לערנען געהעריג, אדער איז דאס טאקע סתם אזוי צו יעדע צייט און מצב.


ווייל איך האב געליינט אין ספר הקדוש אשר בנחל באידיש (דאכט זיך ערגעץ אין חלק ד') ווי מוהרא"ש איז מסביר באריכות דעם "סדר דרך הלימוד", און דארט זעט יא אויס אז עס איז נישט געמאכט געווארן פאר איינעם וואס חשק צו לערנען און פארשטייט לערנען.


א גרויסן יישר כח, און ביטע זייט מתפלל פאר מיר איך זאל האבן שלום בית (איך בין יעצט צעטיילט) און איך זאל זוכה זיין אמת'דיג תשובה צו טון.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן נארן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן.


א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן, נאר שטענדיג קוקן אויף זיך און זיך אליינס פרעגן: "ווען האב איך דאס לעצטע מאל געעפענט א ספר?" א מענטש כאפט נישט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א חודש נאך א חודש, אפילו א יאר נאך א יאר, און ער האט נישט געעפענט קיין אידיש ספר צו לערנען אפילו איין ווארט תורה.


יעדער מענטש וויל לערנען, יעדער מענטש איז צעבראכן אז ער לערנט נישט און יעדער ווייסט זייער גוט אז נאר תורה מאכט פרייליך דעם מענטש, דער פראבלעם איז אז מען האט גוטע תירוצים. איינער זאגט: "איך פארשטיי נישט קיין לערנען"; איינער זאגט: "איך פלעג לערנען, אבער לעצטנס גייט אריבער אויף מיר זייער פיל שוועריקייטן אז איך קען זיך פשוט נישט אווקעזעצן לערנען"; א דריטער זאגט: "ווען דו וועסט האבן א ווייב ווי איך, ווען דו וועסט האבן אזעלכע שווערע צרות ווי איך האב, וואלסטו אויך נישט געקענט לערנען".


אט דא קומט אריין דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד"; ווען א מענטש נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער מיט א שטארקייט, ער הייבט אן לערנען יעדן טאג אביסל חומש; ער הייבט אן די סדרה אנהייב וואך, זונטאג לערנט ער ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; נאכדעם נעמט ער א משניות, ער הייבט אן פון אנהייב מסכת ברכות "מֵאֵימָתַי קוֹרִין אֶת שְׁמַע וְכוּ'", ביז ער ענדיגט מסכת ברכות, נאכדעם הייבט ער אן מסכת פאה אזוי לערנט ער פרק נאך פרק ביז ער ענדיגט א סדר נאך א סדר, אויף דעם וועג וואלט יעדער איינער זוכה געווען צו לערנען פלייסיג.


דעריבער בעט איך דיר זייער, פאלג דעם הייליגן רבי'ן און הייב היינט אן צו לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד"; נעם א משניות און הייב אן זאגן פרקים משניות, נעם א גמרא און זאג דפים גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו ווייטער לערנען, זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה ווייל דאס וועט דיר ברענגען נאנט צום אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵּצֶר הָרָע, וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", איך האב באשאפן דעם יצר הרע - זאגט דער אייבערשטער - אבער איך האב אויך באשאפן א רפואה פארן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה, וואס דאס איז א מעדיצין קעגן דעם יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ".


דער רבי האט אויך געוואלט מען זאל לערנען א שיעור בעיון; אינעם זעלבן שיחה וואו דער רבי זאגט מען זאל לערנען שנעל אפילו מען פארשטייט נישט, זאגט דער רבי (שיחות הר"ן סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", א מענטש זאל אויך האבן א שיעור צו לערנען בעיון אביסל יעדן טאג; דאס ווענדט זיך שוין יעדער מענטש וויפיל ער קען וכו', אבער דער ערשטער חלק פונעם סדר דרך הלימוד דאס איז נוגע פאר יעדן איינעם, דאס איז א דבר השוה לכל נפש.


וואויל איז פאר דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן; ביי אים וועט מקיום ווערן דער פסוק (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ, וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן"; וואס די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (שמות רבה נג, ב): "אֵימָתַי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת?" ווען לאכט די תורה צום מענטש, ווען זעט דער מענטש וואס ער האט אלץ געטון אין זיין לעבן? "הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", ביים לעצטן טאג; דעמאלט וועלן אפיר קומען אלע פרקים משניות און דפים גמרא, דעמאלט וועט מען זען די ווארהייט פונעם סדר דרך הלימוד; דאס גרויסקייט פון די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות.


ביי די לויה ווען מען וועט באגלייטן דעם נפטר וואס האט געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן, וועט מען נישט סתם טראגן דעם ארון, נאר עס וועט זיין א ריכטיגער ארון הקודש, א ארון מלא ספרים; עס וועט ליגן אינעם ארון גאנץ תַּנַּ"ך, שִׁשָּׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, בַּבְלִי, יְרוּשַׁלְמִי, תּוֹסֶפְתָּא, רַמְבַּ"ם, טוּר, שֻׁלְחָן עָרוּך, כָּל הַמִּדְרָשִׁים, זוֹהַר וְתִּקּוּנִים, כָּל סִפְרֵי רַבֵּינוּ וְכוּ' וְכוּ'; דעמאלט וועט מען זען ווער עס איז דער געלעכטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - פארוואס זאל מען נישט לערנען מער ענגליש און לימודי חול מיט די קינדער?
חינוך הילדים, לימוד התורה, לימודי חול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח אויף אייערע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך וואוין אין ארץ ישראל, און איך האב א זאך וואס שטערט מיר שטארק, איך שיק מיינע קינדער אין תלמוד תורה ב"ה, מען לערנט א גאנצן טאג תורה, און נאר איין שעה לערנט מען לימודי חול. מיר שטערט זייער שטארק פארוואס מ'לערנט נישט מער מיט די קינדער, צום ביישפיל היסטאריע, געאגראפיע, און דאס גלייכן. אפילו נ"ך, וואס דאס איז דאך אידישע היסטאריע, לערנט מען אויך נישט. שוין אפגערעדט וואס מען לערנט בכלל נישט קיין ענגליש.


איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט צו זאגן וועגן דעם.


יישר כח פון פאראויס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר טהרה, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט זוכה צו שיקן דיינע קינדער אין א ערליכן תלמוד תורה וואו מען לערנט מיט די קינדער די הייליגע תורה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע זכות דער מענטש האט ווען ער איז זוכה צו שיקן זיינע קינדער אין חדר לערנען די הייליגע תורה; ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און זיין נשמה קומט ארויף אויבן אין הימל, הייבט מען אן דן זיין די נשמה, מען נעמט אפיר אלע מעשים וואס דער מענטש האט געטון, און ווען מען וויל אים שוין שטראפן אויף זיינע שלעכטע מעשים, זאגט דער זוהר הקדוש (מדרש הנעלם פרשת וירא, קד:): אויפן פסוק (בראשית יח, לא): "אוּלַי יִמָּצְּאוּן שָׁם עֶשְׂרִים", אז דער סניגור זיכט זכותים אויף די נשמה, אז די נשמה זאל זוכה זיין צו גיין אין גן עדן; פרעגט ער: "אוּלַי יִמָּצְּאוּן שָׁם עֶשְׂרִים, שֶׁמָּא יְגַדְּלוּ בָּנִים לְתַלְמוּד תּוֹרָה, וְיֶשׁ לָהֶם שָׂכָר לַעֲשֶׂרֶת הַדִּבְּרוֹת שְׁתֵּי פְּעָמִים בְּכָל יוֹם?" אפשר האט דער מענטש געשיקט זיינע קינדער אין חדר לערנען די הייליגע תורה, האט ער שכר כאילו ער האט מקיים געווען יעדן איינציגן טאג די עשרת הדברות צוויי מאל, "דְּאָמַר רַבִּי יִצְּחָק, כָּל הַמְגַדֵּל בְּנוֹ לְתַלְמוּד תּוֹרָה וּמוֹלִיכוֹ לְבֵית רַבּוֹ בַּבֹּקֶר וּבָעֶרֶב, מַעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִלּוּ קִיֵּים הַתּוֹרָה ב' פְּעָמִים בְּכָל יוֹם", ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער שיקט זיינע קינדער אין חדר לערנען תורה, רעכנט מען אים כאילו ער האט מקיים געווען די גאנצע תורה און אין דעם זכות ווערט זיין נשמה באפרייט פון די עונשים פון גיהנום.


איך ווייס נישט וואס שטערט דיר אז דיינע קינדער לערנען נישט קיין ענגליש; צי וואס דארפן זיי דאס לערנען, וואס וועט דאס זיי העלפן אין לעבן? דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ג): "אֵין צָרִיךְ לָאָדָם לִדְאֹג עַל פַּרְנָסַת בָּנָיו, כִּי כְּשֶׁהֵם גְּדֵלִים, גְּדֵלָה פַּרְנָסָתָם עִמָּהֶם", מען דארף נישט זיין באזארגט פאר די קינדער פון וואו זיי וועלן האבן פרנסה, ווייל ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועט זייער פרנסה מיט וואקסן מיט זיי; וויפיל אידן דרייען זיך ארום מיט א גוטע ענגליש און מיט אלע חכמות און זיי האבן נישט קיין פרנסה? פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, פרנסה קומט אז מען לערנט תורה.


אז מען קוקט מיט אן אמת'ן אויג זעט מען אז עס זענען דא הונדערטער עשירים וואס קענען נישט קיין ענגליש, עס זענען דא חסידי'שע אידן וואס האבן שיין פרנסה וכו'; זיי זענען געזיצן אין ישיבה און געלערנט אלע זייערע יארן נאר תורה און מיט דעם אלעם פירן זיי גרויסע געשעפטן וכו', און פארקערט זענען דא וואס האבן שטודירט צענדליגער יארן אלע ערליי חכמות, זיי האבן געלערנט כמה שפראכן וכו' און זיי האבן נישט קיין פרנסה. דעריבער, דארף אייך נישט שטערן אז אייערע קינדער לערנען נישט קיין ענגליש נאר זיי לערנען פלייסיג די הייליגע תורה.


מיר ווייסן גארנישט; מיר ווייסן נאר וואס די פריערדיגע צדיקים האבן געזאגט, ווי זיי האבן אוועק געשטעלט די חינוך פאר אונזערע דורות. מיר גייען נאך די פוס טריט פון די פריערדיגע צדיקים וואס האבן אראפ געשטעלט יסודות ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, און מען קען דאס נישט משנה זיין.


שלמה המלך זאגט (שיר השירים א, ז): "הַגִּידָה לִּי שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי אֵיכָה תִרְעֶה אֵיכָה תַּרְבִּיץ בַּצָּהֳרָיִם", די אידן פרעגן ביים אייבערשטן: "ווי קענען מיר זיין אין גלות, ווי אזוי ווייסן מיר וואו דיר צו געפונען? "שַׁלָּמָה אֶהְיֶה כְּעֹטְיָה, עַל עֶדְרֵי חֲבֵרֶיךָ", פארוואס זאלן מיר זיין פארשעמט ווי אבלים וואס האבן נישט קיין פאסטוך? ענטפערט דער אייבערשטער פאר די אידן (שם, ז): "אִם לֹא תֵדְעִי לָךְ הַיָּפָה בַּנָּשִׁים", אויב דו ווילסט מיר טרעפן, אויב דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין דעם ביטערן גלות: "צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן", גיי נאך די פוס טריט פון די פריערדיגע צדיקים וואס זיי האבן אראפגעשטעלט א וועג ווי אזוי מיר זאלן מחנך זיין אונזערע קינדער.


צי מען זאל לערנען נ"ך מיט די קינדער, אויף דעם איז דא חילוקי דעות; עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געזאגט מען זאל נישט לערנען נ"ך מיט קינדער, ווייל פארצייטנס האבן די אפיקורסים גענומען נ"ך און דארט האבן זיי אריין געלייגט זייערע פאלטשקייטן אנטקעגן די תורה.


מיר געפינען אין די גמרא (ברכות כח:): "כְּשֶׁחָלָה רַבִּי אֱלִיעֶזֶר נִכְנְסוּ תַּלְמִידָיו לְבַקְּרוֹ", ווען דער הייליגער תנא ר' אליעזר איז געווארן נישט געזונט, זענען די תלמידים אריין געגאנגען צו אים און געבעטן: "לַמְדֵנוּ אוֹרְחוֹת חַיִּים וְנִזְכֶּה בָהֶן לְחַיֵי הָעוֹלָם הַבָּא", רבי, לערן מיט אונז א וועג ווי אזוי מיר וועלן זוכה זיין דורך דעם צו עולם הבא, האט דער הייליגע תנא ר' אליעזר זיי געזאגט: "הִזָּהֲרוּ בִּכְבוֹד חַבְרֵיכֶם", געבט אכטונג אויף דעם כבוד פון א צווייטן, "וּמִנְעוּ בְּנֵיכֶם מִן הַהִגָּיוֹן", זאגט רש"י אויף דעם: "לֹא תַּרְגִּילוּם בַּמִּקְרָא יוֹתֵר מִדַּאי", איר זאלט נישט לערנען מיט די קינדער אסאך מקרא; נאך האט ר' אליעזר געזאגט: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", נעמט אייערע קינדער זיי זאלן זיצן ביי די הייליגע חכמים.


דעריבער זענען געווען צדיקים וואס האבן אויסגעשטעלט דעם סדר פון חדר נישט צו לערנען נ"ך; ווידעראום זענען געווען צדיקים וואס האבן איינגעפירט אז מען זאל יא לערנען נ"ך, ווי למשל דער הייליגער סאטמארער רב זכותו יגן עלינו האט יא געהייסן לערנען נ"ך אין די חדרים, און אזוי פירן זיך אסאך תלמוד תורה'ס, און אזוי פירט מען זיך ביי אונז אין די ברסלב'ער תלמוד תורה.


דער עיקר דארף מען געדענקען אז אויב מען וויל זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג מען זאל האבן קינדער צדיקים יראי אלקים.


אודאי ווייסטו די מעשה אז מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן פאר גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - זוכה געווען צו ענדיגן צום ערשטן מאל חמשה חומשי תורה
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען פאר אייך, אז אין אייער זכות האב איך זוכה געווען, יעצט ביי די 58 יאר, צו ענדיגן די ערשטע מאל חמשה חומשי תורה שנים מקרא ואחד תרגום. מיט א יאר צוריק פרשת שמיני האב איך געהערט פון אייך א שיעור אז מ'קען אנהויבן מעביר סדרה זיין פון זונטאג, מ'קען איינטיילן די פרשה אויף די טעג פון די וואך, און דאן האב איך אנגעהויבן מעביר סדרה זיין יעדן טאג, און יעצט בין איך זייער פרייליך אז כ'האב זוכה געווען צו ענדיגן א גאנצע יאר. הלואי זאל מען דאס אויסלערנען אין אלע ישיבות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט יעדן טאג די הייליגע תורה; א מענטש וואס לערנט תורה - דער לעבט א לעבן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ח, לה): "כִּי מֹצְאִי מָצָא חַיִּים", ווער עס לערנט דער לעבט א לעבן; נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט פון רבינ'ס סדר דרך הלימוד וואלטן אלע געלערנט, יעדער איד וואלט גענומען א משניות און געזאגט א פרק נאך א פרק און יעדער איד וואלט אנגעהויבן ש"ס כסדרן אפילו אן פארשטיין. דער סיבה פארוואס זייער אסאך בחורים און אברכים לערנען נישט, איז ווייל זיי האבן נישט קיין מח צו לערנען, זיי זענען נעבעך אראפ געפאלן אין עבירות און זייער מח איז זיי שוין אויסגעברענט; ווען זיי וואלטן ווען געוואוסט פונעם סדר דרך הלימוד, אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "לְעוֹלָם לִיגְּרִיס אִינִישׁ, וְאַף עַל גַּב דִמְּשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט; ווען מענטשן וואלטן געוואוסט פון דעם וואלט יעדער איינער געלערנט תורה.


אפילו א מענטש זאל האבן אלע געלט און אלע תענוגים פון די גאנצע וועלט, וועט ער נישט זיין פרייליך און זאט אזוי ווי דער וואס לערנט תורה, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי ג, טו): "יְקָרָה הִיא מִפְּנִינִים, וְכָל חֲפָצֶיךָ לֹא יִשְׁווּ בָהּ", די תורה איז טייערער פון אלע טייערע דיימאנטן, און אלע תענוגים וואס איז דא אויף דער וועלט קען מען נישט צוגלייכן צו די תורה; עס איז נישט דא קיין בעסערע זאך ווי לערנען תורה. תורה מאכט זאט דעם מענטש; מען ווערט פרייליך און מען הייבט אן לעבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#101 - פארוואס ציעט מיר מער צו ליינען צייטונגען אין מיין איבריג צייט, ווי צו לערנען תורה?
חינוך הילדים, לימוד התורה, מלמדים, היטן די צייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אלס מלמד א גאנץ יאר, און ווען ס'קומט חול המועד האב איך אביסל וואקאציע, עס ציעט מיר זיך אביסל אויסצורוען און ליינען צייטונגען און מאגאזינען, פארשטייט זיך נאר כשר'ע, אבער עס ציעט מיר נישט צו לערנען, מיין ווייב מוטשעט מיר איך זאל גיין לערנען כאטש פאר צוויי שעה א טאג, ווי אזוי קען איך מאכן אז ס'זאל מיר ציען צו לערנען?


יישר כח.


מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) דארף מען שוין נישט קיין עצות פון קיינעם צו באקומען א געפיל צו לערנען ווייל עס הייבט אן ציען צום לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צז, ג): אויפן פסוק (בראשית מח, טז): "וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ", יעקב אבינו האט געבענטשט יוסף ער זאל זיין ווי די פיש וואס לעבן אין וואסער, זייער גאנצע עקזיסטענץ איז וואסער, מיט דעם אלעם, ווען עס הייבט אן רעגענען שווימען זיי אלע ארויף און ווילן כאפן א פרישע טראפ פון די רעגן וואסער. אזוי אויך זענען די אידן, זייער גאנצע לעבן איז נאר תורה, מיט דעם אלעם ציט זיי יעדן טאג צו לערנען נאך און נאך תורה.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר, ווייל ווען דו וואלסט ווען גענומען דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" וואלסטו געהאט סיי דער וועלט און יענער וועלט; מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס וויל דאס נישט טועם זיין. "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב (תהלים לד, ט):" - נעם א משניות און הייב אן זאגן פרק נאך פרק, א מסכת נאך א מסכת, דו וועסטו שפירן עפעס וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געשפירט, מען הייבט אן שפירן א טעם אין לעבן, עס הייבט אן ציען דעם מענטש צו נאך און נאך תורה, בפרט אז מען לערנט אסאך משניות, דאס האט אין זיך א כח אז עס ברענגט אריין א גליסטעניש צו לערנען די גאנצע תורה.


וואס וועסטו האבן פון ליינען צייטונגען? דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק ליצנות און איין גרויסער בלאף; די ציל פון א צייטונג איז נאר צו ווייזן (צפניה ב, טו): "אֲנִי וְאַפְסִי עוֹד", איך, איך און נאכאמאל איך, און עולם גולם שטייט און ליינט דאס בשעת מען כאפט נישט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך און מען האט גארנישט דערפון, דאס איז חוץ דעם וואס עס נעמט אוועק דאס יראת שמים פונעם מענטש.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין טאטע שליט"א האט קיינמאל נישט געלאזט אריין ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג; שבת האב איך געזען מיין טאטע שליט"א נאר לערנען און פארברענגען מיט די קינדער, איך האב נישט געוואוסט בכלל אז עס איז דא צייטונגען ביז איך בין געפארן לערנען אין ישיבה.


בפרט אז דו ביסט א מלמד א גאנץ יאר דארפסטו דאך אכטונג געבן וואס דו ליינסט; וויי פאר די קינדער וואס זייער מלמד איז אנגעליינט מיט ליצנות פון צייטונגען, דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק שקר, לשון הרע, רכילות, ליצנות, דברים בטלים און דברים של מה בכך וכו' וכו'; אודאי לייגן זיי אריין דברי תורה, ווייל אזוי קען מען פארנארן אידישע קינדער. מען לייגט טאקע אריין שיינע מוסר השכל מיט כלומר'ישע מוסר וחסידות, אבער ווער זענען די שרייבערס? פיסטע יונגען וכו' וכו'. ווען דו וואלסט געוואוסט ווער די שרייבערס זענען, וואלסטו געשריגן: "געוואלד! די לצים פירן כלל ישראל!" עס זיצן פוסטע יונגען, זיי דארפן אנפילן א צייטונג מיט הונדערטער בלעטער, שטייען זיי און מאכן ליצנות פון כלל ישראל, ליצי ליצנות און עולם גולם קויפט עס; קיינער ווייסט נישט פארוואס, קיינער טראכט שוין נישט אליינס, נאר וואס דער שרייבער שרייבט - דאס איז דער שכל הישר.


וואס האבן די שרייבערס געטון פארן שרייבן זייער ארטיקל - געלערנט אור החיים הקדוש? געזאגט תהלים? זיי זענען געזעצן און געליינט רחמנא לצלן זאכן וואס א איד טאר נישט ליינען, דאס ליינסטו? און דאס גייסטו איבערגעבן פאר ריינע קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא?!


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט א קלוגע ווייב וואס וויל אויפשטעלן מיט דיר אן ערליכער שטוב, זי וויל דו זאלסט אביסל לערנען, זי וויל אז די קינדער זאלן אויפוואקסן אין א שטוב וואו דער טאטע לערנט. אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" קען מען לערנען אין שטוב; מען דארף נישט קיין חברותא, נאר מען זיצט אין שטוב און מען לערנט אויפן קול. די ווענט ווערן אנגעזאפט מיט די זיסע גמרא ניגון, די ווענט שרייען ארויס 'דא וואוינט אן ערליכער איד', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית יא.): "בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם וְקוֹרוֹת בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם מְעִידִים בּוֹ", די ווענט פונעם שטוב זאגן עדות וואס עס טוט זיך אין שטוב; די דאך שרייט ארויס וואס דא טוט זיך, אזוי ווי עס שטייט (חבקוק ב, יא): "כִּי אֶבֶן מִקִּיר תִּזְעָק, וְכָפִיס מֵעֵץ יַעֲנֶנָּה", די קינדער וואקסן אויף מיט א טאטע וואס לערנט, די מאן ווערט חשוב אין זיין ווייבס אויגן און אלעס טוישט זיך צום גוטן.


ווער עס לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" דער לערנט יעדן טאג; ביי אים איז נישט קיין חילוק צי עס איז חול המועד צו ערב יום טוב, צי עס איז פורים צי ווען אימער, יעדער לערנט זיך זיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג, אבער אז מען וויל נישט איינבייגן דעם קאפ פארן רבי'ן, מען וויל נישט לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד", דעמאלט האט מען יעדן טאג אן אנדערער תירוץ; היינט איז חול המועד, מארגן איז יום טוב, נאכדעם דארף מען אוועק פאקן דעם יום טוב וכו', נאכדעם האב איך א שמחה, נאכדעם האט מיין חבר א שמחה וכו' וכו' און דערווייל גייט אריבער כמה וכמה שנים אן קיין תורה.


פאלג דעם רבי'ן, נעם א משניות און הייב אן מסכת ברכות, גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אויפן קול אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, אזוי זאלסטו טון ביז דו וועסט ענדיגן א מסכת, נאכדעם גיי נישט איבער די מסכת, נאר גיי צום קומענדיגן מסכת ביז דו וועסט ענדיגן א סדר, ווען דו ענדיגסט א סדר זאלסטו ווייטער זאגן פרקים ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה, נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאך אמאל משניות וכו' וכו', אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן.


אזוי זאלסטו אויך טון מיט גמרא; הייב אן ש"ס, נעם א מסכת ברכות און הייב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא. היינט זענען דא גמרות מנוקד, אפילו איינער וואס קען נישט קיין עברי קען אויך זוכה זיין צו לערנען די הייליגע גמרא; זאג א דף נאך א דף ביז דו וועסט ענדיגן דעם גאנצע מסכת, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין כסדרן ביז דו וועסט ענדיגן ש"ס.


וואס זאל איך דיר זאגן, איינמאל דו וועסט טועם זיין דעם "סדר דרך הלימוד" וועסטו שוין נישט דארפן קיינעם אויפן וועלט, דו וועסט נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענע וועלט. אזוי ווי דער רבי האט איינעם גע'מוסר'ט (שיחות הר"ן, סימן יז): "מַדּוּעַ לֹא תִּלְמַד? מַה תַּפְסִיד בָּזֶה הֲלֹא תְּקַבֵּל עוֹלָם הַבָּא עַל הַלִּמּוּד?!", פארוואס לערנסטו נישט? דו וועסט דאך באקומען עולם הבא פאר דיין לערנען? נאכדעם האט אים דער רבי געזאגט: "וְאֵין צָרִיךְ לוֹמַר, כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד, אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא, רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", און איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו שפירן א ליבשאפט צו די תורה, וועסטו שוין נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענער וועלט, דו וועסט נאר וועלן לערנען נאך און נאך.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט אנגעהויבן לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן.

#100 - איך האב געענדיגט די פערטע מאל משניות, ש'כח!
לימוד התורה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, צו ענדיגן די פערטע מאל ששה סדרי משנה.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס. נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן.


יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב אזא הנאה צו הערן ווי דו פלייסט זיך אין לערנען די הייליגע תורה, בפרט אין לימוד משניות, און דו האסט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין דעם פערטן מאל ששה סדרי משנה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען בזכות די וואס לערנען משניות; דאס זעלבע וועט זיין מיט דיין פריוואטע גלות, דו וועסט זוכה זיין ארויס צו גיין פון דיין גלות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב.): אויפן פסוק (תהלים סח, ז): "מוֹצִיא אֲסִירִים בַּכּוֹשָׁרוֹת", אז דער אייבערשטער נעמט ארויס בחורים און מיידלעך פון זייער תפיסה און ער מאכט שידוכים; בזכות לימוד משניות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


שטארק דיר און זיי ממשיך צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן (שיחות הר"ן, סימן עו). אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.


עס איז נישט דא נאך א זאך וואס מאכט פרייליך דעם מענטש אזוי ווי תורה; א מענטש וואס לערנט תורה דער איז רייך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): אויפן פסוק (ישעיהו ג, ז): "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה" – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא איז דער גרעסטער ארימאן; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (נדרים מא.): "אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארימאן? דער וואס האט נישט קיין שכל; א מענטש וואס טראכט נישט פון תכלית, דער איז אן ארימאן, ווען א מענטש לערנט נישט קיין תורה יעדן טאג און טוט נישט קיין מעשים טובים, ווען ער וועט אוועק גיין פון דער וועלט וועט ער זיין ארים, ווייל אין בית החיים נעמט מען נישט מיט קיין געלט מיט הייזער, דארט נעמט מען מיט נאר תורה ומעשים טובים, דערפאר זע אריינצוכאפן אביסל תורה יעדן טאג.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס תורה טוט פארן מענטש; אפילו א מענטש זאל זיין רחמנא לצלן אין שאול תחתית, אויב ער נעמט אויף זיך צו לערנען יעדן טאג תורה, וועט ער ארויס גיין פון אלע שלעכטס וואו ער איז אריין געפאלן און דער אייבערשטער וועט אים מוחל זיין אויף אלע זיינע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה – דאס הייסט ער נעמט זיך פאר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה – זאגט דער אייבערשטער: "רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#99 - כ'האב שוין אלעס געטון, פארוואס האב איך נאכאלץ נישט געטראפן מיין שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, שמחה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 24 יאר, איך בין געוואויר געווארן פונעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד ביי די 16 יאר, זייט דעמאלט איז נאכנישט דורך א וואך וואס איך האב נישט מעביר סדרה געווען, און אויסער דעם האב איך געלערנט אסאך אנדערע לימודים, איך האלט שוין ביים ענדיגן אי"ה די 92'סטע מאל ששה סדרי משנה, איך האב שוין געענדיגט מדרש רבה, תנחומא, ספרא, ספרי, מכילתא, ספרי זוטא, און איך האב שוין געלערנט צוויי מאל ד' חלקי שלחן ערוך און תוספתא. און אין די לעצטע פאר יאר האב איך ב"ה זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה.


מיין גאנצער חיות וואס האלט מיר פריש איז נאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויך האלט איך מיט יעדן טאג די גמרא שיעור פונעם ראש ישיבה. א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


און יעצט צום ענין, איך וויל שוין חתונה האבן, שוין זייט די 17 יאר זאג איך יעדן טאג די תפלות פון ספר "מציאת הזווג", איך האב שוין אויסגעזאגט גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע, און איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות אויף מיר און מיר שיקן מיין שידוך, ווייל איך האלט עס מער נישט אויס. איך ווער עלטער און עלטער, און איך הויב שוין אן מורא צו האבן אז איך וועל שוין קיינמאל נישט חתונה האבן.



אפשר קענט איר מיר געבן חיזוק און אן עצה וואס איך דארף צו טון.


חיים


תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה; עס איז א פארגעניגן צו הערן פון דיר אז דו גייסט יעצט מסיים זיין די צוויי און ניינציגסטער מאל ששה סדרי משנה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאסירט ווען א מענטש לערנט משניות; משניות טוישט דעם מענטש צו זיין ערליך. אזוי אויך איז "מִשְׁנָה" די אותיות "מְשַׁנֶה", ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן. משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע און פון אלע שלעכטס, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות פון (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון אלע פראבלעמען וואו דער מענטש איז נעבעך אריין געפאלן.


איך בעט דיר זייער טייערער חיים נרו יאיר, שטארק דיר און האב בטחון אינעם אייבערשטן. מיר דארפן אויסווארטן אויף אונזער ישועה און מען טאר זיך נישט פארלירן און האבן קשיות חס ושלום. מיר דארפן גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א מורא'דיגער פונקטליכקייט, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס. דער אייבערשטער מאכט שידוכים און נאר צו אים דארפן מיר זיך ווענדן ווען מיר דארפן א ישועה און מיר דארפן אויסווארטן ביז די ישועה קומט אן.


אסאך מאל פרעגן בחורים: "פארוואס גייט מיר נישט קיין שידוך, בשעת אלע מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט וכו'"; וויסן זאלסטו אז דאס איז נישט קיין נייע זאך, מיר געפונען דאס שוין ביי יוסף הצדיק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג"; יוסף הצדיק וואלט אויך געקענט פרעגן: 'פארוואס האב איך נישט קיין שידוך ווען אלע מיינע ברודער האבן שוין זייער שידוך', נאר וואס האט יוסף הצדיק געטון? ער האט זיך מחזק געווען. אפילו ער האט געהאט ביטערע שווערע נסיונות; מען האט אים איינגעשפארט אין תפיסה פאר גארנישט און פאר נישט, ער איז געווען איינער אליין אין א פרעמדע לאנד וכו' וכו', מיט דעם אלעם האט ער זיך מחזק געווען, ער האט געטאנצן אין תפיסה און ער איז געווען לוסטיג און פרייליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז): אויפן פסוק (תהלים לא, ח): "אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו' -  זֶה יוֹסֵף", עיין שם.


דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין זיווג; נאר דערהאלט זיך און לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן. די שלעכטע מחשבה וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר אז דו טראכסט: 'איך וועל קיינמאל נישט חתונה האבן' - דאס טראכטן אלע בחורים. דאס איז דער וועג פון דעם יצר הרע ווי אזוי ער צוקלאפט א בחור אדער א מיידל; ער מאכט זיי טראכטן שלעכטע מחשבות: 'איך וועל קיינמאל נישט טרעפן א שידוך', 'קיינער וועט מיר נישט וועלן', 'איך וועל בלייבן אליינס'.


דער יצר הרע ברענגט אריין די אלע שלעכטע מחשבות אין בחורים ווייל ביי אים איז א שמחה ווען א בחור ווערט בעצבות. דער נביא ירמיהו קלאגט (איכה א, טו): "קָרָא עָלַי מוֹעֵד לִשְׁבֹּר בַּחוּרָי", די ראשי תיבות פון די ווערטער איז עמל"ק און בלע"ם; ביי זיי איז א גאנצער יום טוב ווען נאך א בחור איז צובראכן. ווייל ווען א מענטש איז בעצבות איז ער מער נישט בעל הבית אויף זיך, דעמאלט האט דער ס"ם א גוטער געלעגנהייט אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן.


זע צו גיין אנגעטון שיין צוזאמגענומען; בדרך כלל ווען א בחור ווערט עלטער הייבט ער זיך אן נאכצולאזן וכו'. בעט איך דיר זייער, געב אכטונג אויף דיר און זע אנצוטון פרישע קליידער יעדן טאג. דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף די קליידער; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "אויב מען גייט מיט צעריסענע און שמוציגע קליידער זענען די קליידער תובע דעם מענטש 'פארוואס האסטו נישט אכטונג געגעבן אויף אונז?'" דערפאר זאלסטו אכטונג געבן צו גיין מיט זויבערע קליידער, מען טאר נישט גיין מיט קליידער מער ווי איין טאג. אויך זאלסטו גיין אין שויער יעדן טאג; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נ:): "רוֹחֵץ אָדָם פָּנָיו יָדָיו וְרַגְלָיו בְּכָל יוֹם בִּשְׁבִיל קוֹנוֹ"; זאלסט זיך נישט נאכלאזן און זאלסט גיין צוזאמגענומען דיין בארד און פיאות וכו'.


אויב דו וועסט זיך האלטן פריש וכו' און דו וועסט ארום גיין מיט א שמייכל וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך; דו וועסט בקרוב חתונה האבן און מגדל זיין בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אמן.