שאלה אין קורצן ענין
#29 - דארף איך טוישן די מנהגים פון מיין טאטע און זיך פירן ווי היכל הקודש?
שבת קודש, ספיקות, היכל הקודש, מנהגים, עבודת השם, בלבולים, ניטל, שבועות, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך האב נעכטן געענדיגט ששה סדרי משנה די צוויי און צוואנציגסטע מאל און היינט האב איך אנגעהויבן נאכאמאל. ברוך ה' איך הער די שיעורים און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, ממש עס פרישט מיך אויף און עס לייגט אריין אמונה און בטחון אין מיינע ביינער. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך וויל פרעגן א שאלה וואס איז מיר צומאל גורם בלבולים, איך רעד לגבי די מנהגים ווי אזוי מען פירט זיך אין היכל הקודש; איך ווייס אז אין היכל הקודש איז דער עיקר צו רעדן פונעם אייבערשטן, א פלאץ פון אמונה, בטחון און תורה ותפילה, און אזוי ווייטער, ווען עס קומט אבער צו פרטיות'דיגע מנהגים, איז מיר עס אפאר מבלבל, צום ביישפיל דאס וואס איך האב געזען תשעה באב אז מען זאגט נישט קיין קינות אום תשעה באב אינדערפרי, נאר מען זאגט נאכאמאל מגילת איכה. אויך דאס וואס מען זאגט נישט די געהעריגע לאנגע תיקון ליל שבועות אום יום טוב שבועות ביינאכט, נאר די קורצע. אויך אום ניטל פירט מען זיך אז מען לערנט יא.


מיין טאטע פירט זיך אזוי ווי אלע פירן זיך, און איך וויל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; זאל איך זיך פירן ווי מיין טאטע אדער ווי אין היכל הקודש?


אויך וויל איך פרעגן, מיין טאטע האט געלערנט אלס אינגל אין סאטמאר און ער איז זייער מקפיד אויפ'ן זמן רבינו תם, סיי לגבי זמן מוצאי שבת קודש און ביים אויספאסטן נאך א תענית; האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי איך זאל זיך פירן, זאל איך ממשיך זיין צו טון אזוי ווי מיין טאטע אדער נישט?


יישר כח


 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, געב א קוק אויף תכלית; וואס האסטו אין די האנט? האסט צוויי און צוואנציג מאל ששה סדרי משנה, דאס איז מער פון אלעמען, אויך ווערסטו געשטארקט מיט אמונה און בטחון; אויף דעם זאלסטו קוקן.


מיר זאגן אויך קינות, מיר ליינען מגילת איכה סיי בייטאג און סיי ביינאכט און מיר זאגן די קינות פון ביינאכט, אויך אינדערפרי זאגן מיר די קינות פון ביינאכט, און אז דו ווילסט זאגן דעם גאנצן קינות - קענסטו דאס זאגן.


אזוי אויך קענסטו זאגן דעם גאנצן תיקון ליל שבועות, קיינער זאגט נישט מען זאל דאס נישט זאגן; מוהרא"ש זאגט, מענטשן זאגן בכלל נישט דעם תיקון ליל שבועות ווייל מען זעט אז דאס איז זייער אסאך און דעריבער האלט מען זיך צוריק פון זאגן, אויף דעם ארויף זאגט מוהרא"ש מען זאל זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק, און די תרי"ג מצוות וואס דאס נעמט נישט לאנג, דאס קענען אלע באווייזן.


בנוגע לערנען ניטל; מוהרא"ש זאגט מען זאל גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס לערנען, איך ווייס נישט פארוואס דו קוקסט אויף די אלע זאכן שווארץ.


בנוגע זמן רבינו תם; אודאי און אודאי זאלסטו האלטן די זמן רבינו תם, דאס האט נישט מיט חסידי סאטמאר, דאס איז דער זמן וואס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אלע דארפן האלטן דעם זמן.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - וואס זענען די מנהגי בית המדרש אום תשעה באב?
צדיקים, מנהגים, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן געוואלט פרעגן אויב עס איז דא געוויסע מנהגים ווי זיך צו פירן אין בית המדרש אום תשעה באב.


יישר כח,


די גבאים פון בתי מדרשים היכל הקודש

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד גבאי בית המדרש היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


ביי אונז איז דער מנהג אז מען זאגט סיי ט' באב ביינאכט און סיי אינדערפרי - מגילת איכה.


אויך קען מען לערנען שיעורים כסדרן פון נאך מנחה.


ווען מען זאגט איכה, מען וויינט אויפן חורבן האט מען אינזין דעם אייגענעם חורבן; מען וויינט אויף זיך ווי ווייט מען איז פארקראכן און מען וויינט אויף די שכינה הקדושה - נשמות ישראל, וואס זענען אזוי דערווייטערט פונעם אייבערשטן און דער צדיק וואלט אלעמען געקענט צוריק ברענגען צום אייבערשטן, קומט דער סמ"ך מ"ם און לאכט און שפעט.


דער אייבערשטער זאל אונז אלע טרייסטן, מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן און צוריק גיין קיין ארץ ישראל מיט משיח צדקינו.

#27 - זיך פירן מיט די חומרות פונעם מאן, אדער פון די עלטערן?
שלום בית, כשרות, כיבוד אב ואם, מנהגים, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געענטפערט פאר א פרוי וואס איר מאן איז מקפיד אויף געוויסע חומרות, אז ווען זיי גייען צו אירע עלטערן - וואו מען איז נישט מקפיד אויף די חומרות - זאל מען זיך פירן אזוי ווי מען פירט זיך דארט, צוליב כיבוד אב ואם, דארט איז נאר דא די חומרא פון כיבוד אב ואם.


האב איך געוואלט פרעגן אויף דעם, ווייל איך האב געוואוסט אלעמאל אז א פרוי נאך די חתונה דארף נאכגיין די מנהגים און חומרות פון איר מאן, אפילו אירע עלטערן פירן זיך אנדערש, און עס איז נישטא ביי דעם כיבוד אב ואם. וויל איך פארשטיין וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג זיך צו פירן ביי דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן צו מכבד זיין עלטערן, סיי די אייגענע עלטערן און סיי די שווער און שוויגער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין א, ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", די מצוה פון כיבוד אב ואם איז זייער גרויס, ווייל מיר געפינען, "שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין אים אליינס.


זייער גוט זיך צו מאכן גדרים וסייגים וואס מען עסט, וועלכע הכשר און אזוי ווייטער, אבער ווען מען גייט צו די עלטערן - פירט מען זיך אזוי ווי זיי, און ווען מען גייט צו די ווייב'ס עלטערן - פירט מען זיך אזוי ווי זיי. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תוספתא ברכות ב, כב): "הלל הזקן אומר אל תראה ערום, אל תראה לבוש, אל תראה עומד, אל תראה יושב, אל תראה שוחק, אל תראה בוכה"; מען זאל נישט זיין אנדערש וואו מען געפינט זיך.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו וואס זיי האבן געהאט חומרות, זיי האבן אכטונג געגעבן אויף נישט עסן פלייש, און מוהרא"ש האט זיי געזאגט, ווען זיי גייען צו די עלטערן זאלן זיי עסן וואס מען לייגט זיי אין טעלער, (פארשטייט זיך ערליכע עלטערן וואס עסן מיט ערליכע הכשרים).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - איז וויכטיג די קליידער זאלן זיין פון רעכטס אויף לינקס?
קליידער, מנהגים, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האב איך זוכה געווען צו ענדיגן יעצט ששה סדרי משנה צום דרייסיגסטן מאל, איך האב קיינמאל נישט געגלויבט אז איך וועל אמאל זוכה זיין צו דעם, יישר כח פאר אריינברענגען אין מיר א חשק צו לערנען תורה, און אלע אנדערע גוטע זאכן.


איך האב א שאלה צו פרעגן און איך וויל זייער וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם. איך האב באשטעלט א וועסטל ביי א פירמע, און זיי האבן געמאכט א טעות און עס גענייט אויף א וועג עס זאל זיך צוקנעפלען פון לינקס אויף רעכטס, אנשטאט פון רעכטס אויף לינקס; זאל איך צאלן עקסטער געלט עס צו פאררעכטן און עס איבערדרייען עס זאל יא זיין פון רעכטס אויף לינקס? אדער איז עס איז נישט אזוי וויכטיג, מען קען עס לאזן אזוי?


בכלל וויל איך וויסן וואס איז טאקע דער ענין צוצומאכן די קליידער דוקא פון רעכטס אויף לינקס, אויב דאס איז טאקע אזא וויכטיגער ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוודאי איז דא א כוונה מיט דעם וואס ערליכע אידן גייען אנגעטון די קליידער רעכטס אויף לינקס. ערשטנס, מיר געפונען אין הייליגן זוהר (מקץ, קצח:): "דבעיא ליה לבר נש, לנטלא ידא ימינא בשמאלא", מען זאל זיך וואשן די רעכטע האנט מיט די לינקע האנט, "בגין לשלטאה ימינא על שמאלא", אז די רעכטע האנט זאל געוועלטיגן אויף די לינקע; ווייל רעכטס איז מרמז אויף חסד און לינקס - אויף דינים, דארף מען שטארקן רעכטס אויף לינקס.


אזוי אויך געפונען מיר אין רמב"ם (פרק ה' מהלכות תפלה ונשיאת כפים, הלכה ד) ווי אזוי מען זאל שטיין ביי שמונה עשרה: "מניח ידיו על לבו, כפותין הימנית על השמאלית", מען זאל לייגן די רעכטע האנט אויף די לינקע האנט, און דער בית יוסף זאגט א טעם אויף דעם (בית יוסף אורח חיים, סימן צה): "רמז להכנעת יצר הרע שהוא נרמז בצד שמאל", דאס איז א סימן פון הכנעה, צו פארדעקן די לינקע, וואס ווייזט אויפ'ן יצר הרע. און אזוי איז ביי אלע זאכן ביי אידישע קינדער, אלעס גייט רעכטס אויף לינקס, אפילו די שריפט, ווי אזוי אידן שרייבן - ברענגט דער הייליגער צדיק דער צמח צדק זכותו יגן עלינו (תשובות, אורח חיים סימן סז) - איז פון רעכטס אויף לינקס, אזוי ווי מיר זעען ביי די עבודה אין בית המקדש איז אלעס געווען מיט די רעכטע האנט, און אזוי אויך די מצוה פון חליצה - איז מיט די רעכטע האנט.


ביי קליידער זאגט דער הייליגער צדיק רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו (נדפס בספר ילקוט מנחם, מכתב ב): "חדשים מקרב באו, במנהג חדש של גויים", עס האט זיך אריינגעכאפט א נייע מאדע וואס קומט פון די אומות העולם, "שמהפכין ומניחין צד השמאל של הבגדים על צד הימין", אז מען נייט די קליידער - די לינקע זייט זאל זיין אויף די רעכטע, "ובזה מגבירים השמאל על הימין בעוונותינו הרבים", און מיט דעם טוט מען שטארק מאכן די לינקע אויף די רעכטע; איז אודאי זאלסטו פאררעכטן דיין וועסטל עס זאל ליגן די רעכטע זייט אויף די לינקע זייט.


אז מען רעדט שוין פון קליידער, זאלסטו וויסן, דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל גיין אנגעטון ריין, און נישט צעריסענע קליידער. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכז; כט): "הבגדים בעצמן תובעין את האדם אם לא נזהר בשמירתן לכבדן כראוי ולהחזיקן בנקיות", די קליידער וועלן מאנען דעם מענטש אויב האט ער האט זיי אנגעטון צעריסענערהייט; ברסלב'ער חסידים זענען זייער מקפיד אויף דעם, שטענדיג גיין אנגעטון ריינע קליידער און נישט קיין צעריסענע קליידער.


א פרייליכן שבת.


 

#25 - ווי אזוי פירט מען זיך ביי א שבע ברכות ביי שלש סעודות?
שמחות, בית המדרש, מנהגים, שלש סעודות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי דעם שבת וועט זיין א שבע ברכות ביי אונז אין בית המדרש, האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן ביי א שבע ברכות ביי שלש סעודות, אויב מ'טרינקט אויס דעם כוס פון ברכת המזון, און אויב ס'איז א חילוק פון פאר'ן זמן רבינו תם אדער נאכ'ן זמן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב בענטשט מען נאכן זמן - דעמאלט טרינקט נאר דער וואס זאגט די ברכות און אויך די כלה, אבער נישט דער חתן. אויב איז נאך איידער דעם זמן - קען אויך דער חתן טרינקען.


דאס איז נאר ביי שבע ברכות, אבער אלע וואכן - אויב בענטשט מען נאכן זמן - טרינקט מען נישט אויס די כוס של ברכה. אזוי ווי דער מגן אברהם זאגט (סימן רצט, סעיף קטן ז): "מי שאינו נזהר בכל השנה לברך על כוס דס"ל כמ"ד דאין טעון כוס גם עתה אסור לשתות ממנו", נאר דער וואס פירט זיך אלעמאל צו בענטשן אויף א כוס - קען טרינקען, עיין שם.


די שבע ברכות זאגט מען ווען די כלה איז דארט, די כלה קען זיצן ביים טיר פון בית המדרש.


שבת זאגט מען נישט דוי הסר.


אויב די חתונה איז געווען זונטאג בייטאג, דעמאלט קען מען זאגן די שבע ברכות ביי שלש סעודות נאר בייטאג, פאר'ן זמן מוצאי שבת.


 

#24 - עטליכע שאלות אויף מנהגים אין בית המדרש אום יום טוב פסח
בית המדרש, מנהגים, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יום טוב פסח, האב איך געוואלט פרעגן עטליכע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק אום יום טוב פסח.


מעריב די ערשטע און צווייטע נאכט פסח, דארף מען ווארטן אויפ'ן זמן רבינו תם?


ספירת העומר, דארף מען ווארטן אויפ'ן זמן רבינו תם?


די צווייטע טאג פסח זאגט מען יוצרות ביי שחרית?


מנחה מוצאי יום טוב ראשון, וואס קומט אויס דאס יאר ערב שבת חול המועד, זאגט מען הודו?


און וואס איז וועגן זאגן כגוונא שבת חול המועד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בארא פארק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר פירן זיך צו זאגן "הודו" ביי תפילת מנחה ערב פסח, סיי די ערשטע טעג און סיי די צווייטע טעג. (ביי מנחה ערב שמיני עצרת זאגן מיר נישט הודו).


מען דארף נישט ווארטן צו דאווענען תפילת ערבית אויף זמן רבינו תם, און אזוי אויך דארף מען נישט ווארטן צו ציילן ספירה אויף זמן רבינו תם.


מיר זאגן די יוצרות דעם צווייטן טאג פסח ביי הויכע שמונה עשרה, אויסער דעם פיוט "שור אשר מאז", דאס לאזן מיר אויס, אויך דעם לאנגן פיוט פאר קדושה "בעשר מכות" - לאזן מיר אויס.


מיר זאגן נישט "הודו" ביי מנחה ערב שבת חול המועד, אזוי אויך ווען שבת געפאלט אסרו חג זאגט מען נישט "הודו" ביי מנחה.


מען זאגט נישט דעם שטיקל זוהר "כגוונא" - שבת חול המועד.


מיר פירן זיך צו דוכענען שבת חול המועד.


מיטל נאכט איז א צייט וואס מען יאגט זיך נישט און מען איז אויסגערוט, איז כדאי צו רעדן דבורי התחזקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#23 - וואס זענען די מנהגים פון שבת זכור?
התחזקות, בית המדרש, מנהגים, דאווענען, עבודת השם, פורים, שבת זכור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, אלס גבאי ביהמ"ד היכל הקודש, אויב ס'איז דא עפעס מנהגים אויף דעם שבת, שבת זכור, וואס די גבאים דארפן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, לדוגמא, לגבי זינגען אינטערעסאנטע ניגונים ביי לכה דודי וכדומה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל זיך נישט נאריש מאכן ביים דאווענען. אפילו שמחת תורה וואס עס איז דא מנהגים צו מאכן אינטערעסאנטע זאכן - האט מוהרא"ש געזאגט מען זאל נישט שטערן דאס דאווענען און נישט מאכן די זאכן.


שבת זכור איז דער מנהג צו זאגן יוצרות ביי הויכע שמונה עשרה, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין אויסצומעקן עמלק.


איידער מען גייט ליינען די פרשה פון עמלק איז כדאי אויסצורופן אז מען גייט יעצט מקיים זיין די מצוה פון מחיית עמלק, אזוי וועלן די עלטערן אריינרופן די קינדער, זיי האלטן נעבן זיך און זיי מחנך זיין מיט די מצוה.


אז עס קומט דיר אויס צו רעדן אין שול - זאלסטו רעדן די וואך בעיקר פון ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד און ווי טייער עס איז יעדע מצוה וואס מיר טוען, דאס איז מחיית עמלק. דאס איז די מלחמה וואס ער איז לוחם; ער וויל אונז צעברעכן, ער וויל אונז איינרעדן אז דער אייבערשטער דארף אונז נישט און ער איז ברוגז חס ושלום אויף אונז; דארפן מיר לוחם זיין און ארויסהאקן פון קאפ די טריפה'נע מחשבות, מיר זאלן וויסן אז מיר זענען זייער באליבט ביים אייבערשטן און יעדע מצוה איז זייער חשוב.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - מעג מען אום ראש חודש אויסלערנען פאר מיידלעך צו נייען?
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, סקול, מנהגים, ראש חודש, נייען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אונזער זיסע לעבן, יישר כח פאר די חדר, די קינדער גייען יעדן טאג זייער פרייליך און מען דערקענט אויף זיי די גוטע חינוך וואס זיי באקומען.


ש'כח אייבערשטער אז איך גיי אריבער יעדע וואך אין בית פיגא אויסלערנען די מיידלעך נייען, העקלען און שטריקן. זיי כאפן עס זייער שיין אויף, און זענען זייער פרייליך עס צו קענען, און זיי פירן זיך אויך אויף מיט גרויס דרך ארץ.


די קומענדיגע מאל וואס איך דארף גיין אין שולע קומט אויס מיטוואך ראש חדש אדר. וויל איך וויסן וואס איז דער מנהג ביי אונז, בנוגע נייען און העקלען אום ראש חודש, סיי פריוואט אינדערהיים און אויך לגבי אויסלערנען מיידלעך.


א גרויסן יישר כח אויף אלעס. דער אייבערשטער זאל ווייטער געבן כח פאר'ן ראש ישיבה אנצוגיין אין די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, ל"ט שובבי"ם, כ"ה שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פרויען נייען נישט ראש חודש, אויך העקלט מען נישט און אויך שטריקט מען נישט. ווייל ראש חודש איז א יום טוב פאר זיי; דאס איז א באלוינונג, ווייל די פרויען האבן נישט געוואלט געבן זייער גאלד צו מאכן דעם עגל.


עס איז גוט איר זאלט קומען אין שולע ראש חודש און דאס אויסלערנען די מיידלעך, אז ראש חודש נייט מען נישט; מאכט מיט זיי א סעודה און דערציילט זיי דעם טעם פארוואס ראש חודש נייט מען נישט. ראש חודש איז א יום טוב פאר פרויען און מיידלעך, ווייל זיי האבן נישט געוואלט מאכן דעם עגל, גיין קעגן דעם אייבערשטן און קעגן משה רבינו. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה כא, י): "הַנָּשִׁים גּוֹדְרוֹת מַה שֶּׁהָאֲנָשִׁים פּוֹרְצִים", די פרויען האלטן שטארק אידישקייט דארט ווי די מענער זענען שוואך, "שֶׁכֵּן אַתְּ מוֹצֵא שֶׁאָמַר לָהֶן אַהֲרֹן (שמות לב, ב): 'פָּרְקוּ נִזְמֵי הַזָּהָב אֲשֶׁר בְּאָזְנֵי נְשֵׁיכֶם', וְלֹא רָצוּ הַנָּשִׁים וּמִחוּ בְּבַעֲלֵיהֶן, שֶׁנֶּאֱמַר (שמות לב, ג): 'וַיִּתְפָּרְקוּ כָּל הָעָם אֶת נִזְמֵי הַזָּהָב וגו''", אזוי ווי מיר געפונען ביים חטא העגל, די פרויען האבן נישט געוואלט פאלגן די מענער, געבן די גאלד צו מאכן דעם עגל, גיין קעגן משה רבינו.


דעריבער זאגן די הייליגע חכמים (פרקי דרבי אליעזר, פרק מה): "נָתַן לָהֶן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שְֹכָרָן בָּעוֹלָם הַזֶּה", האט דער אייבערשטער זיי באצאלט אויף די וועלט שכר, "שֶׁהֵן מְשַׁמְּרוֹת רָאשֵׁי חֳדָשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", אז זיי האלטן ראש חודש ווי א יום טוב, מער ווי די מענער, "וְנָתַן לָהֶן שָׂכָר לָעוֹלָם הַבָּא, שֶׁהֵן עֲתִידוֹת לְהִתְחַדֵּשׁ כְּמוֹ רָאשֵׁי חֳדָשִׁים".


דאס דארף מען אריינבאקן אין די קינדער, אמונה און אמונת חכמים; נישט אוועקגיין פון די תורה וועג, נישט אוועקגיין פון אייבערשטער און זיין צוגעקלעבט צו צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - זאל מען זיך צוזאמקומען פרייטאג צו נאכטס אום שבת שירה?
חסידות ברסלב, מנהגים, חברים, פסח, שבת שירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען זאל זיך צוזאמקומען די וואך, שבת שורה, אום פרייטאג צו נאכטס אין בית המדרש צו זאגן שירה צוזאמען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, כ"ד שובבי"ם, י' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר פירן זיך צאמצוקומען שביעי של פסח ביינאכט זאגן שירה אינאיינעם, אבער נישט שבת שירה.


מען קען זיך אלץ צאמקומען רעדן פון רבי'ן, פון רבי נתן און מוהרא"ש, ווייל ווען מען רעדט פון רבי'ן ווערט מען ניי געבוירן, מען ווערט פול מיט הרהורי תשובה וכו'.


איך ווייס אבער נישט אויב די וואך איז געאייגנט דאס צו טון, ווייל ווי זיי זאגן פאראויס דארף צו זיין זייער קאלט פרייטאג צו נאכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - ווען שערט מען אפ א קינד וואס ווערט דריי יאר אין בין המצרים?
הלכה, מנהגים, ראש ישיבה, אפשערן, בין המצרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, מיין זון ווערט דריי יאר אין די דריי וואכן, ווען שערט מען אים אפ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען מאכן פאות, אפשערן א קינד - אין די דריי וואכן. עס זענען דא וואס שטופן דאס אפ אויף נאך ט' באב, אדער מאכן פאות פאר די דריי וואכן, אבער מעיקר הדין קען מען מאכן אין די דריי וואכן; איך האב געמאכט פאות פאר מיין זון הערשל נרו יאיר אין די דריי וואכן, כ"ג תמוז.


פארגעס נישט פונעם עיקר, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו שטייסט דא, דו מאכט פאות פאר דיין זון, און בעט דעם אייבערשטן פאר אלע דיינע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - זאל איך נאכאמאל איבערזינגען די זמירות שבת אינדערהיים?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מנהגים, ראש ישיבה, עבודת השם, זמירות שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט יעצט זומער, איך וועל אי"ה נאכאמאל האבן די זכי' צו זיין א מלמד אין לויף פונעם זומער, לערנען תורה ויראת שמים מיט מיינע טייערע תלמידים.


ביי אונז אין קעמפ איז אויסגעשטעלט אז פרייטאג צו נאכטס זינגען די מלמדים מיט די אינגלעך די זמירות ביז קידוש אין בית המדרש נאכ'ן דאווענען, אין די צייט מאכן די מדריכים די סעודה ביי זיך אינדערהיים, און דערנאך גייען די מלמדים אהיים צו זייער באנגעלאו מאכן זייער סעודה.


מיין שאלה איז צי איך דארף איבערזינגען די זמירות נאכאמאל אינדערהיים אלס חינוך, אדער פעלט עס נישט אויס ווייל איך האב שוין געזינגען אין שול, בפרט אז מיין גרויסער זון קומט דאך אויך אין שול און הערט מיר דארט זינגען, און מיין משפחה ווייסט אז איך זינג אין שול מיט די תלמידים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז אין ישיבה אין די זומער וואכן, ווען די בחורים עסן אינאיינעם די סעודות שבת, בלייב איך מיט זיי נאכן דאווענען זינגען זמירות: "שלום עליכם", "רבון כל העולמים" און "אשת חיל", ווייל עס זענען דא בחורים וואס קומען פון שטיבער וואס מען זעצט זיך גלייך עסן, מען זינגט נישט קיין זמירות וכו', וויל איך זיי ווייזן ווי אזוי א שבת סעודה דארף אויסזען; סעודות שבת הויבט מען אן מיט זמירות, מען זינגט לכבוד די מלאכים, מען באגריסט די מלאכים וואס באגלייטן דעם איד אהיים פון שול.


נאכן זינגען מאכט א בחור קידוש פאר די בחורים, און נאך קידוש גיי איך אהיים מאכן די סעודה מיט מיין משפחה. שפעטער נאך די סעודה קום איך צוריק צו די בחורים זינגען מיט זיי זמירות און שיינע ניגונים לכבוד שבת.


ווען איך קום אהיים זינג איך איבער די זמירות: "שלום עליכם", "רבון כל העולמים" און "אשת חיל", ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קד) אז זמירות שבת איז דער עיקר פון אידישקייט; וויל איך מיינע קינדער זאלן אויך זינגען זמירות, און ווייל עס איז גאר אנדערש די סעודה ווען מען הויבט עס אן מיט זמירות.


אויך לכבוד די מלאכים וואס באגלייטן אהיים פון שול. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בערב שבת מבית הכנסת לביתו", צוויי מלאכים באגלייטן דעם איד פון שול אהיים פרייטאג צו נאכטס, "אחד טוב ואחד רע", א גוטער מלאך און א שלעכטער מלאך, ווען מען קומט אהיים און אלעס איז גוט, די שטוב איז צאמגענומען, עס איז דא א שיינע געדעקטע טיש מיט שבת ליכט, און די בעטן זענען שיין געמאכט - וואונטשט דער גוטער מלאך א ברכה: "יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך", עס זאל זיין די ווילן פונעם אייבערשטן אז דעם קומענדיגן שבת זאל אויך זיין אזוי שיין, און דער שלעכטער מלאך האט נישט קיין אנדערע ברירה, ער מוז צושטימען און אויך וואונטשן. און אויב חס ושלום די שטוב איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין וואונטשט דער שלעכטער מלאך אז די קומענדיגע וואך זאל אויך אזוי זיין, און דער גוטער מלאך דארף בעל כרחו זאגן אמן; ממילא פאסט אז ווען די מלאכים קומען אהיים זאל מען זיי באגריסן מיט שלום עליכם.


אזוי אויך די תפילה פון "רבון כל העולמים"; דאס איז דאך א מורא'דיגע תפילה, דאס וועקט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי נתן פלעגט גיסן טייכן טרערן ביי די תפילה, אזוי אויך אנשי שלומינו זאגן די תפילה מיט א שטארקע בענקשאפט צום אייבערשטן. מען קען שפירן דעמאלט זייער א גוטע טעם, ווייל די שטוב איז פול מיט מלאכים. אויסער די צוויי מלאכים - קומען מיט טויזנטער מלאכים וואס ווערן באשאפן דורכאויס די וואך פון אלע מצוות וואס א איד טוט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא ויקהל, א): "עַל כָּל מִצְוָה שֶׁאָדָם עוֹשֶׂה", אויף יעדע מצוה וואס א איד טוט, "מוֹסְרִין לוֹ מַלְאָךְ", געבט מען אים א מלאך, "לְשָׁמְרוֹ" אים צו היטן; דעריבער איז זיכער בעסער נאכאמאל צו זינגען די זמירות און נאכאמאל זאגן די תפילה אין שטוב ביים שבת טיש, צוליב די אלע טעמים.


אזוי אויך שבת אינדערפרי מאך איך אלץ איבער קידוש אין שטוב, אפילו מיר מאכן קידוש אין שול, ווייל א סעודה הויבט זיך אן מיט קידוש. אזוי ווי די מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו. איינער האט ארויסגעלאזט א שמועה אז דער חתם סופר זכותו יגן עלינו מאכט נישט קיין קידוש שבת אינדערפרי, ווען באמת פלעגט ער מאכן קידוש, גיין אביסל לערנען און נאכדעם מאכן די סעודה. איינמאל איז געווען ביי אים א גאסט, יענער האט נישט געוויסט אז דער חתם סופר האט שוין קידוש געמאכט, ער איז געקומען צו די סעודה און געזען ווי דער היילגער חתם סופר גייט זיך וואשן אן מאכן קידוש, איז ער געגאנגען זאגן אז דער חתם סופר מאכט נישט קיין קידוש; פון דעמאלט האט ער אלץ איבערגעמאכט קידוש.


אזוי אויך וויל איך אז מיינע קינדער זאלן נישט זאגן אז זומער זינג איך נישט קיין שלום עליכם און שבת אינדערפרי מאכט מען נישט קיין קידוש; קינדער דארפן זען גאנצע שיינע סעודות.


וואויל איז דעם וואס מאכט שיינע סעודות; ער זינגט זמירות און דערציילט מעשיות פון צדיקים - וועט ער זוכה זיין צו אמונה, און די קינדער וועלן האבן אמונה.


סעודות שבת איז אמונה, אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר יתרו, פח.): "וּבָעֵי לְאִתְעַנָּגָא בְּכֻלְהוּ סְעוּדְתֵי", מען דארף האבן פארגענוגן ביי אלע דריי סעודות שבת, "וּלְמֶחֱדֵי בְּכָל חַד וְחַד מִנַּיְהוּ", און מען דארף זיין פרייליך ביי אלע דריי סעודות, "מִשׁוּם דְּאִיהוּ מְהֵימְנוּתָא בְּכֻלְּהוּ שְׁלֵימָתָא", ווייל די סעודות שבת ברענגט אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - דארף מען איבערלאזן אביסל פון דאס עסן?
פרנסה, מנהגים, סגולות, עסן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר די שיינע ניגונים, ספעציעל פאר די ניגונים איבער די מלחמה אין אוקריינא, עס איז מיר זייער מחזק. וואס איך פארשטיי נישט אזוי גוט אידיש, באקום איך אבער א חשק צום אייבערשטן ביים הערן די ניגונים.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי שרייבט, "מה שאתה אוכל תשייר, כדי שיכול ברכת ה' במזונותיך", מען זאל איבערלאזן אביסל פון וואס מען עסט, און דאס ברענגט עס זאל אריינקומען די ברכה. האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי דאס ארבעט, וואס טוט מען מיט דאס עסן וואס בלייבט איבער? איז דאס נישט בל תשחית סתם אוועקצואווארפן עסן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אכילה, סימן א): "מִמַּה שֶּׁאַתָּה אוֹכֵל תְּשַׁיֵּר, כְּדֵי שֶׁיָּחוּל בִּרְכַּת הַשֵּׁם בִּמְזוֹנוֹתֶיךָ", ווען דו עסט זאלסטו עפעס איבערלאזן כדי עס זאל אריינקומען די ברכה אין דיין עסן.


אזוי זאגט דער הייליגער זוהר הקדוש (פרשת יתרו פז:) רַבִּי שִׁמְעוֹן פָּתַח: רבי שמעון זאגט, עס שטייט (מלכים-ב ד, ב): "וַיֹּאמֶר אֵלֶיהָ אֱלִישָׁע מָה אֶעֱשֶׂה לָּךְ", אלישע האט געפרעגט די ווייב פון עובדיה הנביא, וואס קען איך דיר העלפן? "הַגִּידִי לִי מַה יֶּשׁ לָךְ בַּבָּיִת", זאג מיר, וואס האסטו אין שטוב? "אָמַר לָהּ אֱלִישָׁע, כְּלוּם אִית לָךְ עַל מַה דְּתִשְׁרֵי בִּרְכָתָא דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא", האסטו דען אין שטוב עפעס אויף וואס די ברכה זאל קענען חל זיין? "דְּתָנֵינָן אָסוּר לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְבָרְכָא עַל פָּתוֹרָא רֵיקָנַיָּא", ווייל מען טאר נישט בענטשן אויף א ליידיגע טיש, "מַאי טַעְמָא", פארוואס טאר מען נישט בענטשן אויף א ליידיגע טיש? "מִשּׁוּם דְּבִרְכָּתָא דִּלְעֵילָּא, לָא שַׁרְיָא בַּאֲתָר רֵיקָנַיָּא", ווייל די ברכה קען נישט קומען אויף א ליידיגע טיש, "וּבְגִינֵי כַּךְ, בָּעֵי בַּר נָשׁ לְסַדְּרָא עַל פָּתוֹרֵיהּ, חַד נַהֲמָא אוֹ יַתִּיר, לְבָרְכָא עֲלוֹי", דעריבער דארף מען אנגרייטן א ברויט עס זאל בלייבן ביי ברכת המזון, "וְאִי לָא יָכִיל", און אויב מען קען נישט אוועקלייגן א גאנצע ברויט, "בָּעֵי לְשַׁיְּירָא מֵהַהוּא מְזוֹנָא דְּאָכַל", דארף מען איבערלאזן אביסל פון וואס מען האט געגעסן, "עַל מַה דִּיבָרֵךְ", אויף וואס צו בענטשן, "וְלָא יִשְׁתְּכַּח דִּיבָרֵךְ בְּרֵיקַנְיָּא", כדי נישט צו בענטשן אויף א ליידיגע טיש.


אזוי אויך זאגט דער זוהר אין פרשת תרומה (דף קנז:): "פָּתוֹרֵיהּ אִצְטְרִיךְ דְּלָא יְהֵא בְּרֵיקָנַיָּא", דער טיש זאל נישט זיין ליידיג, "דְּהָא לֵית בִּרְכְתָא מִשְׁתַּכְּחָא עַל פָּתוֹרָא רֵיקָנַיָּא", ווייל די ברכה קומט נישט ביי א ליידיגע טיש, "כְּמָה דְּאוּקְמוּהָ, דִּכְתִיב (מלכים-ב ד, ב): "הַגִּידִי לִי מַה יֶּשׁ לָךְ בַּבָּיִת" וְגוֹ', אזוי ווי מיר געפונען ביי אלישע, ער האט געפרעגט די ווייב פון עובדיה הנביא זאג מיר אויב דו האסט עפעס אין שטוב וכו', "וְעַל דָּא פָּתוֹרָא לָא אִצְטְרִיךְ לְאִתְחֲזָאָה בְּרֵיקָנַיָּא", דעריבער זאל דער טיש נישט זיין ליידיג, "דְּהָא בִּרְכָּאן עִלָּאִין לָא שַׁרְיָין, אֶלָּא בַּאֲתָר שְׁלִים", ווייל די ברכות פון אייבערשטן קומט נישט נאר אין א פלאץ וואס איז גאנץ, "וְרָזָא דָּא", דעם סוד געפונען מיר (שמות לא, ו) "וּבְלֵב כָּל חֲכַם לֵב נָתַתִּי חָכְמָה", דער אייבערשטער געבט חכמה אין א הארץ וואס האט שוין חכמה, "וּכְתִיב", נאך שטייט (דניאל ב, כא) "יָהֵב חָכְמְתָא לְחַכִּימִין", דער אייבערשטער געבט חכמה פאר ווער עס האט שוין חכמה, "וְעַל רָזָא דְּנָא", דאס איז דער סוד פונעם "שֻׁלְחָן דְּלֶחֶם הַפָּנִים, דִּכְתִיב (שמות כה, ל) 'וְנָתַתָּ עַל הַשֻׁלְחָן לֶחֶם פָּנִים לְפָנַי תָּמִיד'", עס האט שטענדיג געדארפט זיין ברויט אין בית המקדש אויפ'ן שלחן אז די ברכה זאל חל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - וואס זענען די מנהגים ביים חדר-פירן אין טאג פון חאלאקע?
מנהגים, חאלאקע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון ווערט יעצט דריי יאר, מיר גייען אים אפשערן און פירן אין חדר ווי דער מנהג איז. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע שאלות איבער דעם.


דער מנהג אז מ'וויקלט איין דאס קינד אין א טלית, איז נאר אויפ'ן וועג צום חדר, אדער אויך אויפ'ן וועג אהיים?


במשך דעם גאנצן טאג טאר מען אים נישט ארויסלאזן פון הויז, אז ער זאל נישט זען וואס מ'דארף נישט אין דעם הייליגן טאג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת קדושים, ה' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען פירט זיך אז מען וויקלט איין אין א טלית אויפ'ן וועג צום חדר און אויפ'ן וועג אהיים פון חדר, אים היטן זיינע אויגן.


אויך ברענגט מען נישט אין שטוב א גוי'טע אינעם טאג וואס מען מאכט אים פיאות, מען היט דעם קינד ער זאל נישט זען נישט אידן.


העיקר פארגעס נישט וואס איך האב דיר שוין געשריבן, מאך נישט פון טפל – עיקר, דאס איז אלעס שיינע מנהגים, אבער דער עיקר זאלסטו און דיין ווייב דאנקען דעם אייבערשטן, טאג און נאכט זאלן דיינע ליפן זאגן: "יישר כח אייבערשטער פאר אונזער לעבן און פאר'ן זוכה זיין צו מאכן פאות פאר אונזער קינד", און בעטן אויף ווייטער.


א גוט שבת.

#16 - מעגן גע'גט'ע עלטערן אונטערפירן א קינד אונטער די חופה?
חתונה, שמחות, הלכה, כיבוד אב ואם, שמחה, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וועגן אונטערפירן ביי א חופה. ברוך ה' אז איך בין א כלה געווארן, מיינע עלטערן זענען גע'גט, אבער איך וויל זייער שטארק אז מיין טאטע און מאמע זאלן מיך אינטערפירן די חופה.


איך וויל וויסן אויב ס'איז דא א ספעציעלע הלכה אויף דעם צי מען מעג אדער נישט, ווייל מיין טאטע האט מיר געזאגט אז מ'מעג נישט און פון די אנדערע זייט האט מיין מאמע געפרעגט א רב און ער האט געזאגט אז עס נישט דא קיין שום פראבלעם לויט די הלכה אפילו אויב מ'איז גע'גט, נאר עס איז דא אזעלכע וואס זענען מקפיד אויף דעם אז עס זאל יא זיין א פארפאלק וואס פירט אונטער.


מיין טאטע וויל אז מיין זיידע און באבע זאלן אונטערפירן, אבער איך וויל יא אז מיינע עלטערן זאלן אונטערפירן; וויל איך וויסן ווי אזוי איך דארף זיך פירן, וואס איז די הלכה?


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים וואס געבט אזויפיל חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בדרך כלל פירט מען זיך אז נאר א פארפאלק פירט אונטער; אין פאל וואס די עלטערן זענען גע'גט, נעמט מען די זיידע באבע זאלן אונטער פירן.


אויב איר ווילט דוקא אז אייערע עלטערן זאלן אונטער פירן - קען מען אונטער פירן אפילו מען איז גע'גט.


די שאלה איז נאר אויב אייערע עלטערן ווילן הערן וואס איך האב צו זאגן; דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט חס ושלום נישט מאכן קיין קריגעריי, לאזט זיך פירן פונעם אייבערשטן.


געדענקט פונעם עיקר, כאפט זיך נישט אן אינעם טפל; דאס טוט דער יצר הרע ביי יעדע שמחה. ער נעמט זייטיגע זאכן און מאכט דאס פאר אן עיקר ביז מען פארגעסט פונעם עיקר. דער עיקר איז איר האט חתונה, איר גייט אויפבויען א אידישע שטוב; זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים זיינע און אים בעטן אויף ווייטער, אויך זאלט איר זיך פירן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ צו אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים.

#15 - וועלכע סארט שליסל חלה מאכט מען אויף שבת נאך פסח?
שבת קודש, חינוך הילדים, אמונה, פרנסה, מנהגים, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר מיין לעבן און פאר די שיעורים.


איך האב געוואלט פרעגן וועלכע סארט שליסל חלה מען מאכט אין ברסלב פאר שבת נאך פסח?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער מנהג איז, דער ערשטער שבת נאך פסח מאכט מען אויף די חלה א שליסל, מען מאכט מיט די טייג א שליסל אויבן אויף די חלה צו ווייזן און געדענקען אז די שליסל פון פרנסה ליגט אינעם אייבערשטנ'ס האנט.


אזוי זאגן די הייליגע חכמים (תענית ב.): "מַפְתֵּחַ שֶׁל פַּרְנָסָה הִיא בְּיַד הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", די שליסל פון פרנסה איז אינעם באשעפער'ס האנט; א שאד צו זארגן פאר פרנסה, א שאד זיך איבערארבעטן, דער אייבערשטער איז דער זן ומפרנס לכל. מען דארף טון פאר פרנסה, די הייליגע חכמים זאגן (ספרי דברים טו, קנח) אויפ'ן פסוק (מלשון הכתוב דברים טו, יח): "'וּבֵרַכְתִּיךָ בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה', יָכוֹל יְהִי יוֹשֵׁב וּבָטֵל, תַּלְמוּד לוֹמַר בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה"; אבער דאס מיינט נישט אז מען זאל זארגן און זיך איבערארבעטן.


מאך א שיינע גרויסע שליסל אויף די לענג פון די חלה, געב א שטיקל שליסל פאר יעדן אין די משפחה און דערצייל זיי: "דער שליסל פון פרנסה, פון הצלחה - ליגט אין דעם אייבערשטנ'ס האנט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - מעג א כלה רעדן מיט'ן חתן?
מנהגים, כלה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און בריוו, איך בין זיך זייער מחי' און מחזק דערמיט, איך בין דורכגעגאנגען שוועריקייטן אין לעבן און די אמונה וואס איך קויף איין אין היכל הקודש העלפט מיר זייער שטארק אנצוגיין מיט שטארקייט.


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך מעג רעדן מיט מיין חתן. ביי אונזער ביידע משפחות איז אנגענומען אז חתן כלה רעדן צווישן זיך, און פאר מיר איז דאס זייער וויכטיג, אבער איינער פון מיין משפחה רעדט צו מיר זייער דערקעגן, אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן צו טון, דעריבער בין איך צעמישט אויב איך מעג רעדן און זיך טרעפן מיט אים אדער נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אייך שוין געשריבן איינמאל, מוהרא"ש האט געהאלטן אז חתן כלה קענען רעדן אויפ'ן טעלעפאן און אויך זיך טרעפן. ביי אנדערע פלעצער מאכט מען פון דעם א איסור, ממש ווי דאס ערגסטע זאך, אבער מוהרא"ש האט קלאר געזאגט אז מען קען רעדן און זיך טרעפן.


יעצט בעט איר איך זאל נאכאמאל שרייבן וועגן דעם; איך האב נישט וואס מוסף צו זיין, איך קען נאר זאגן אז ביי אונז אין די קהילה פירט מען זיך אזוי.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#13 - דארף איך טון אלע חומרות פון מיין טאטע אום פסח?
מנהגים, פסח, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך דארף זיך פירן מיט אלע חומרות וואס מיין טאטע פירט זיך אום פסח?


איך האב שוין ברוך ה' אן אייגענע משפחה, מיר מאכן דעם פסח ביי אונז אינדערהיים, איז די שאלה אויב איך מוז נאכמאכן אלע חומרות פון מיין טאטע. איך רעד נישט פון עסן געבראקטס און דאס גלייכן, נאר אזעלכע חומרות ווי למשל נישט צו עסן קיין געקויפטע זאכן, מילכיגע פראדוקטן, טשאקאלאד, און נאך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי איז געווען זייער קעגן חומרות (עיין שיחות הר"ן, סימן רלה), אפילו לגבי חומרות אום פסח - האט דער רבי נישט געהאלטן מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה.


דער רבי האט דערציילט: "ווען איך בין געווען יונג און איך האב דעמאלט נישט געוויסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' - בין איך אויך אריינגעפאלן אין דעם טעות, ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח בין איך געווארן פארלוירן, איך האב נישט געוויסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז מיר בייגעפאלן נאך חומרות, ביז איין מאל האב איך געטראכט 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח? ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?'" דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט קיין עצה, ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער דורכאויס גאנץ יום טוב עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, "האב איך געטראכט 'די בעסטע וואסער וואלט ווען געווען קוואל וואסער', ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ", אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


מיט דעם אלעם פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל אכטונג געבן פסח נישט אהיים צו ברענגען די נאכגעמאכטע זאכן פון חמץ. דער רבי האט טאקע נישט געוואלט מיר זאלן האבן חומרות, אבער מען דארף וויסן מען זאל נישט עסן פסח "פיצה", אפילו עס איז געמאכט כשר לפסח. אויך זענען מיר מקפיד אויף בראקן, מיר בראקן נישט פסח נאר אחרון של פסח, אויך זאל מען אכטונג געבן אפצושיילן די ירקות און פירות.


מילכיגס קענסטו עסן; צום ביישפיל מילך, קעז וכדומה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - וואס זענען די מנהגים ביים זיך אריינציען אין א נייע דירה?
שלום בית, לימוד התורה, אמונה, ספרי ברסלב, אידישע שטוב, מנהגים, צדקה, מזוזה, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שבת מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, איך האב אזויפיל געדאנקט דעם אייבערשטן פאר דעם שיינעם שבת, ס'איז ממש נישטא קיין ווערטער, איך בין נאך גאר שטארק אונטער'ן רושם פון דעם שבת. אויך א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און בריוו, איך נעם מיין גאנצע חיות נאר פון די שיעורים און עצתו אמונה.


א גרויסן יישר כח פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין שיינע אידישקייט, דער אייבערשטער איז געווארן אזוי גוט און זיס אין מיינע אויגן, אמאל איז עס ליידער נישט געווען אזוי, מיין גאנצע לעבן איז פשוט שיין געווארן בזכותכם.


א צייט צוריק בין איך געווען אין יבנאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש, נאך אזויפיל בענקען דערצו, איך האב געהאט דארט א מורא'דיגע התעוררות, איך האב גאר שטארק געוויינט, איך האב געבעטן פון מוהרא"ש ער זאל אכטונג געבן אויפ'ן ראש ישיבה, אז איך זאל קענען ווייטער אטעמען, ווייל דאס איז מיין גאנצע לעבן, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אסאך זאכן וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה. עס איז נישט גרינג ארויסצוברענגען די הרגשים, איך האב אבער פראבירט.


איך גיי אי"ה אריבער צו א נייע דירה אין די קומענדיגע טעג, איך האב א קליינע שאלה, מענטשן האלטן אין איין זאגן פארשידענע סגולות וואס מען דארף טון איידער מען גייט אריין אין א נייע דירה; מיין שאלה איז צי איך דארף עס טון, איך וועל זיך פרייען צו באקומען א קליינע הדרכה אויב עס איז נישט שווער, איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א איז פארנומען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי מיט שמחה אין דיין נייע דירה; די גרעסטע סגולה איז די מצות עשה פון קביעות מזוזה, דאס איז די גרעסטע שמירה פאר די דירה. דער זוהר הקדוש זאגט (תקוני זוהר, תקון י', דף כה.) "מְזוּזַת" איז די אותיות "זָז מָוֶת", די מזוזה היט די שטוב פון אלעם שלעכטס.


ברענג אריין ביי דיר אין שטוב דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז א סגולה פאר שמירה, עס היט אפ די שטוב. דער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנה): "כִּי סְפָרָיו הֵם שְׁמִירָה גְּדוֹלָה בַּבַּיִת לִשְׁמֹר", זיינע ספרים זענען א שמירה פאר די שטוב, "גַּם הָעֲשִׁירוּת וּמָמוֹן הָאָדָם מִכָּל הַהֶזֵּקוֹ", אויך זענען די ספרים א גרויסע שמירה פאר די געלט, "וְהִזְכִּיר אָז עָשִׁיר אֶחָד שֶׁהָיָה יוֹדְעוֹ וּמַכִּירוֹ, וְאָמַר, שֶׁגַּם אֵלָיו הִיא טוֹבָה גְּדוֹלָה שֶׁיִּהְיֶה הַסֵּפֶר שֶׁלִּי בְּבֵיתוֹ, כִּי יִהְיֶה לוֹ שְׁמִירָה גְּדוֹלָה לְכָל דָּבָר וְשֶׁתִּתְקַיֵּם עֲשִׁירוּתוֹ", דער רבי האט דערמאנט איינעם ביים נאמען, אן עושר וואס האט געהאלטן די ספרים אין שטוב, דורך דעם איז ער געבליבן רייך.


ועל כולם  - נעם אריין דעם אייבערשטן אין שטוב, זע עס זאל זיין נאר שלום אין שטוב, דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.). זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב, אז זי זאגט דיר עפעס א ווארט וואס איז נישט לפי דיין כבוד - זאלסטו נישט ענטפערן; שלינג עס אראפ און זיי איר מוחל.


זאלסט קיינמאל נישט אוועקשיקן א געלט גייער; ווען מען קלאפט אין דיין טיר פאר צדקה - זאלסטו געבן לויט דיין יכולת, און דער עיקר זאלסטו מחזק זיין און מכבד זיין מיט א טרינק וכדומה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ו, יז): "א טיר וואס מען עפנט נישט פאר צדקה - וועט מען דארפן עפענען פאר'ן דאקטער", השם ישמרינו; זאלסטו שטענדיג עפענען דיין טיר פאר צדקה.


זע צו לערנען אין שטוב; מאך זיך א קביעות צו האבן לכל הפחות א שיעור אין שטוב. אפילו מען לערנט אין שול, מען לערנט אין כולל - דארף מען האבן א שיעור אין שטוב, דאס היט די שטוב. די הייליגע חכמים זאגן (עירובין יח:): "כָּל בַּיִת שֶׁאֵין נִשְׁמָעִים בּוֹ דִּבְרֵי תּוֹרָה בַּלַּיְלָה אֵשׁ אוֹכַלְתּוֹ", א שטוב וואס מען הערט נישט דברי תורה ביינאכט - ווערט פארברענט; אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט די תורה היטן דיין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ווי אזוי פירט מען זיך ניטל נאכט ווען עס פאלט אויס שבת?
שבת קודש, הלכה, מנהגים, ניטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי פירט מען זיך ניטל נאכט ווען עס פאלט אויס שבת? וואס קען מען יא לערנען און וואס לערנט מען נישט? חיזוק בריוון פון עצתו אמונה קען מען לערנען? און וואס איז לגבי זמירות שבת און דברי תורה ביים שבת טיש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז מאכט מען נישט קיין עסק פון ניטל.


לערן און זיי זיך מחזק מיט די בריוון פון עצתו אמונה, זינג זמירות און דערצייל שיינע זאכן ביים שבת טיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - אין ברסלב זאגט מען די "י"ג עקרים" און "יגדל"?
אמונה, מוהרא"ש, מנהגים, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוקים וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז אונז כסדר מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'זאגט אין היכל הקודש די "י"ג עקרים", און אויך "יגדל אלקים", ווייל איך האב געהערט אז לויט'ן אר"י הקדוש זאגט מען עס נישט, און אזוי פירט מען זיך אין ברסלב, איך האב אבער געהערט אין נאמען פון ראש ישיבה שליט"א עס יא צו זאגן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם פיוט "יגדל אלקים" זאגט מען נישט. מוהרא"ש ברענגט פון רבי חיים ויטל בשם דעם הייליגן אריז"ל, ער האט נישט געהאלטן פון דעם פיוט יגדל.


די דרייצן אני מאמין'ס זאגט מען יא. מוהרא"ש פלעגט זיך פירן צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס גלייך אינדערפרי נאך ברכת התורה, און אזוי פיר איך זיך אויך. עס זענען דא וואס זאגן דאס נאכן דאווענען, עס זענען דא וואס זאגן דאס אפאר מאל א טאג, יעדער איינער טוט ווי אזוי עס שיינט אים.


עס איז זייער א גרויסע זאך צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס, דאס ברענגט אמונה, עס שטארקט די אמונה. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אמונה באקומט מען ווי מער מען רעדט דערפון, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "'אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי'; עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", אז מען רעדט פון אמונה, דאס אליינס איז אמונה און דאס ברענגט אמונה.


נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קמב): "כְּשֶׁנּוֹפֵל לְאָדָם סְפֵקוֹת בֶּאֱמוּנַת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ", ווען עס קומען אריין ספיקות אויף די אמונה, "יֹאמַר בְּפֶה מָלֵא", זאל מען ארויסזאגן מיט די מויל: "אֲנִי מַאֲמִין", איך גלייב, "בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה", מיט א שטארקע אמונה, "שֶׁהוּא יָחִיד", אז דער אייבערשטער געוועלטיגט איינער אליינס, "רִאשׁוֹן וְאַחֲרוֹן", ער איז דער ערשטער און דער לעצטער.


וואויל איז דעם וואס זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, ער לעבט מיט די אמונה - וועט זיין לעבן זיין א זיסע לעבן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה - חַיָּיו חַיִּים, וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", ווער עס האט אמונה - דער לעבט א גוט לעבן און ער פארברענגט זיינע טעג און יארן נאר מיט גוטס, "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל, איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם גַּם־כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט גוט, ער ליידט יסורים חס ושלום - איז אים אויך גוט, "כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן, ווייל 'אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר', "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה - דער האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים עפעס שלעכט האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה האט א שיינע זיסע לעבן.


א ליכטיגן חנוכה.

#9 - טאר מען נישט אריינצופלעכטן די פינגער פון איין האנט אין די אנדערע?
חינוך הילדים, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך זע ביי די קינדער אז זיי פלעכטן אריין די פינגער פון די רעכטע האנט אין די לינקע האנט, וויל איך פרעגן צי עס איז דא א מקור אז מען זאל נישט אריין פלעכטן די הענט איינע אין די אנדערע.


אלס קינד האב איך געהערט אז מען טאר נישט, עפעס א טעם ווייל דאס איז א צלם, אבער איך וויל זיי נישט זאגן דאס נישט צו טון, ווען איך בין נישט זיכער אז דאס האט א מקור לאיסור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, מברכים אדר, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר נישט אריינפלעכטן די פינגער איינס אין צווייטן, דאס ברענגט דינים אויף די וועלט און אויף זיך אליינס.


אודאי זאלסטו אויסלערנען דיינע תלמידים דאס נישט צו טון. דער מקור פון דעם איז דער אריז"ל, דער אר"י הקודש זאגט (שער המצוות אנהייב פרשת עקב, דף לז:): "אָסוּר לָאָדָם לְחַבֵּר וּלְשַׁלֵּב אֶצְבְּעוֹת יַד יְמִינוֹ עִם אֶצְבְּעוֹת יַד שְׂמֹאלוֹ", מען טאר נישט אריינפלעכטן די פינגער פון די רעכטע האנט אין די לינקע האנט, "כְּמוֹ שֶׁנּוֹהֲגִים לַעֲשׂוֹת בְּנֵי אָדָם לְפִי תּוּמָם דֶרֶךְ מִקְרֶה", אזוי ווי מענטשן טוען ווען מען טראכט נישט, מען לייגט די פינגער איינס אין צווייטן, "וְהַטַּעַם הוּא לְפִי שֶׁהֵם כֹּחוֹת עֶלְיוֹנִים יְמָנִיִּים וּשְׂמָאלִיִּים, וְאֵין לְעָרְבָם", ווייל די פינגער ווייזן אויף הויכע כוחות, די רעכטע האנט איז חסדים און די לינקע האנט ווייזט אויף דינים און מען טאר דאס נישט אויסמישן.


דאס וואס מען זעט ביי מענטשן, זיי כאפן זיך נישט און לייגן אריין די פינגער איינע אין די אנדערע, אויף דעם זאגט דער הייליגער זוהר (ויקרא כד.): "כֵּיוָן דִּשְׂמָאלָא אִסְתְּכַּם בִּימִינָא", ווען ביידע כוחות - די לינקע מיט די רעכטע, ביידע אינאיינעם - ווילן שטראפן דעם מענטש, "כְּדֵין לָא תַּלְיָא בִּתְשׁוּבָה, וְהָא אוּקְמוּהָ", דעמאלט קומט דער עונש, עס העלפט נישט קיין תשובה, "וּכְדֵין כֹּלָּא אִסְתְכָּמוּ עָלֵיהּ בְּדִינָא", ווייל אלע ווילן עס זאל קומען די שטראף אויפ'ן מענטש, "וְדִינָא שַׁרְיָא עָלֵיהּ" עס רוט אויפ'ן מענטש דינים, "וְכַד דִּינָא אִשְׁתְּלִים וְשַׁרְיָא עָלֵיהּ דְּבַּר נָשׁ, כְּדֵין אִסְתָּיָים", און ווען די דינים רוען אויפ'ן מענטש, "וְאִתְתְּקָנוּ אֶצְבְּעָן, חָמֵשׁ בְּגוֹ חָמֵשׁ, יְמִינָא בִּשְׂמָאלָא", דעמאלט לייגט דער מענטש אינאיינעם זיינע פינגער, די רעכטע אין די לינקע, "לְאַחֲזָאָה דְּהָא כֹּלָּא אִסְתְּכָמוּ עָלֵיהּ בְּהַהוּא דִּינָא", צו ווייזן אז ביידע כוחות זענען מסכים צו שטראפן דעם מענטש, "וְיָדוֹי מִתְיַשְּׁרָן, לְאַחֲזָאָה מִלָּה בְּלָא כַּוָונָה דְּבַּר נָשׁ", אזוי ווי מען זעט אז די פינגער ליגט איינס אין צווייטן אן כוונה, דער מענטש כאפט אליינס נישט וואס ער האט געטון, "וְלָא יִתְכְּוּון בֵּיהּ", ער טוט דאס נישט מיט כוונה, עס פאסירט פון זיך אליינס; קוק נאך דעם לשון פון זוהר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - וואס זענען די מנהגים זיך צו פירן ביי א וואך נאכט און ברית?
מנהגים, ברית, וואך נאכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן מיר געבן לעיבן, ספעציעל פאר'ן סדר דרך הלימוד וואס א דאנק דעם האב איך א שייכות מיט די תורה. יישר כח פאר די בריוו אין "עצתו אמונה", וואס איך ליין עס יעדן שבת, עס טוישט מיר ברוחניות און בגשמיות.


איך האב געוואלט פרעגן, איז דא עפעס ספעציעל וואס מען דארף וויסן פאר א וואך נאכט און ברית? ווי למשל איך האב געהערט אז מען איז אויף א גאנצע נאכט, ביי מיינע פריערדיגע קינדער בין איך נישט אויף געווען, איך שפיר זיך זייער שלעכט, אז איך ווייס נישט וואס מען מוז טון און וואס ס'איז א מנהג, איך וויל טון וואס איז ריכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קל.): "כָּל מִצְוָה שֶׁקִּבְּלוּ עֲלֵיהֶם בְּשִׂמְחָה", יעדע מצוה וואס די אידן האבן באקומען פונעם אייבערשטן און זענען זיי געווען פרייליך, "כְּגוֹן מִילָה", צום ביישפיל די מצוה פון מילה, "עֲדַיִן עוֹשִׂין אוֹתָהּ בְּשִׂמְחָה", יעדעס מאל מען איז מקיים די מצוה - טוט מען עס מיט א שמחה; מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, אפילו מענטשן וואס זענען זייער ווייט פון גיין אין די וועגן פון די תורה - זענען זייער נזהר אין די מצוה פון ברית מילה, אפילו די אידן וואס זענען געפאלן אין היטן שבת, אין לייגן תפילין און אין עסן כשר'ס - זענען אבער זייער מקפיד אין די מצוה פון מילה. ווען עס קומט צו די מצוה פון מילה זעט מען ווי שטארק אידישע קינדער זענען איינס מיט'ן אייבערשטן, מען טוט די מצוה מיט א שטארקע שמחה.


אז מען איז זוכה צו מקיים זיין די מצוה פון מילה דארף מען זיך זייער פרייען; דאס איז דער עיקר וואס מען דארף: זיין פרייליך, דאנקען דעם אייבערשטן אז מען קען טון די גרויסע מצוה.


די גאנצע וועלט שטייט אויף די מצוה פון ברית מילה, די הייליגע חכמים זאגן (נדרים לא:): "גְּדוֹלָה מִילָה", די מצוה פון מילה איז אזוי גרויס, "שֶׁהִיא שְׁקוּלָה כְּנֶגֶד כָּל הַמִצְוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", עס איז מער פון אלע מצוות אין די תורה; נאך זאגן זיי (שם): "גְּדוֹלָה מִילָה", די מצוה פון מילה איז אזוי גרויס, "שֶׁאִלְמָלֵא הִיא", ווען נישט די מצוה פון מילה, "לֹא בָּרָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת עוֹלָמוֹ", וואלט דער אייבערשטער נישט באשאפן די וועלט.


עס איז דא וואס פירן זיך אויף צו זיין א גאנצע נאכט, מען לערנט די מאמרים פון זוהר (פרשת לך לך, דף צא:) וואס רעדט זיך פון דאס גרויסקייט פון די מצוה פון ברית מילה; ווידעראום זענען דא וואס גייען יא שלאפן אז זיי זאלן זיין אויסגערוט צום ברית.


איך האב געפרעגט מוהרא"ש ביי איינע פון מיינע קינדער'ס וואכטנאכט אויב איך זאל בלייבן אויף, מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל זיך לייגן שלאפן צו זיין גוט אויסגערוט כדי צו קענען מקיים זיין די מצוה מיט ישוב הדעת. ווייל די מצוה פון מילה איז זייער גרויס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא לך לך, כ): "חֲבִיבָה הַמִּילָה", די מצוה פון ברית מילה איז זייער באליבט ביים אייבערשטן, "שֶׁנִּשְׁבַּע הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְאַבְרָהָם", דער אייבערשטער האט געשוואוירן פאר אברהם אבינו, "שֶׁכָּל מִי שֶׁהוּא מָהוּל", אז יעדער איינער וואס איז גע'מל'עט, "אֵינוֹ יוֹרֵד לְגֵיהִנָּם", - וועט נישט אריינגיין אין גיהנום, נאר אין גן עדן; דערפאר, יעדער איינער וואס געפונט זיך ביים ברית איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע זיינע עבירות. דער אייבערשטער פרייט זיך זייער מיט דעם מענטש וואס איז מקיים די מצוה פון מילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - וואס זענען די הנהגות זיך צו פירן אין יום החופה?
חתונה, מנהגים, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך נאכאמאל באדאנקען פאר אלע שיעורים, חיזוק, און די געוואלדיגע בריוו, וואס זענען אזוי מחזק אין יעדן מצב.


אזוי איך גרייט זיך שוין צו מיין חתונה בשעה טובה ומצלחת, וויל איך וויסן הדרכות ווי אזוי זיך צו גרייטן דערצו, ווי אויך אויב איז דא עפעס הנהגות זיך צו פירן אין יום החופה.


די פארגאנגענע יאר האט מיר דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן עטליכע ווערטער פאר חנוכה, און דאס איז מיר געווען א געוואלדיגע חיזוק. איך האב ברוך ה' געמאכט אביסל התבדוות ביי די חנוכה ליכט, און די קומענדיגע יאר וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שוין זיין ביי מיר "נר איש ו'ביתו'".


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע הכנה פאר דיין חתונה, זאלסט עוסק זיין ווי מער אין הפצה; נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי דער וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים.


מיר זאלן אריינקלערן, דער אייבערשטער זאל אפהיטן אידישע קינדער, אז עס פאסירט אן אומגליק אין א משפחה, א קינד פאלט אוועק, ער וויל נישט וויסן פון אידישקייט, ער האקט אפ מיט די עלטערן און עס קומט א מענטש וואס האט א גוטע שפראך, ער רעדט צום קינד און ער ברענגט אים צוריק צום דרך התורה, וואלט מען דאך געהאט אזא ליבשאפט צו אים, מען וואלט אים אים געגעבן אלע גוטס וואס איז נאר שייך פאר די גרויסע טובה וואס ער האט געטון, ער האט צוריק געברענגט דעם קינד.


אזוי קוקט מען אויבן אין הימל אויף דעם וואס פארשפרייט די הייליגע ספרים, די קונטרסים - וואס איז געשריבן אין אזא שפראך וואס רעדט צו בני הנעורים; מען געבט דעם מפיץ אלעס גוטס.


בנוגע א סדר פאר'ן יום החופה; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי וְשֶׁל בָּנַי וְהַתְּלוּיִים בִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן אינדערפרי ווען איך שטיי אויף געב איך זיך איבער צום אייבערשטן, איך געב איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פאר'ן אייבערשטן, "גַּם אֲזַי אֵין צָרִיךְ לִדְאֹג וְלַחְשֹׁב כְּלָל 'אִם מִתְנַהֵג כָּרָאוּי אִם לָאו', מֵאַחַר שֶׁסּוֹמֵךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ. וְאִם הוּא יִתְבָּרַךְ רוֹצֶה בְּעִנְיָן אַחֵר - הוּא מְרֻצֶּה לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיָן אַחֵר כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", עס איז זייער גוט זיך איבער צו געבן צום אייבערשטן גלייך אינדערפרי, אזוי דארף איך נישט טראכטן נאכדעם צי איך האב גוט געטון אדער אפשר וואלט איך געדארפט טון פארקערט, ווייל אז איך האב זיך איבערגעגעבן צום אייבערשטן איז אלעס זיכער גוט; אזוי זאלסטו טון יעדן טאג אין דיין לעבן, בפרט אין אזא טאג ווי דער יום החופה; געב זיך איבער צום אייבערשטן וועט אלעס פארן געשמירט.


גיי צו דיין חופה מיט א שמחה; דיינע ליפן זאלן נישט אויפהערן זאגן די ווערטער: "שכוח אייבערשטער, איך דאנק דיר אייבערשטער; איך בעט דיר אייבערשטער זיי מיט מיר א גאנץ לעבן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת און אויפשטעלן א שטוב לשם ולתורתו.

#6 - פארוואס גיסט מען אראפ וואסער פאר'ן טרינקען?
מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א גיסט אראפ אביסל וואסער פונעם גלעזל פאר'ן טרינקען, איך האב געוואלט פרעגן וואס איז פשט פון דעם, און וואס איז דער מקור דערצו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (חולין קה:) אביי האט געזאגט: איך פלעג מיינען אז דער טעם פארוואס מען גיסט אראפ אביסל וואסער פארן טרינקען איז ווייל עס שווימען אין די וואסער שטרויעלעך און שפענדעלעך, דעריבער גיסט מען אראפ די שמוץ, אבער רבה מיין רבי האט מיר געזאגט אז די טעם איז: "מִשּׁוּם דְּאִיכָּא מַיִם הָרָעִים", אויב שדים האבן געטרינקען פון די וואסער קען דאס שאטן פאר'ן מענטש, אבער אז מען גיסט אראפ אביסל וואסער שאדט דאס נישט דעם מענטש.


אזוי ווי עס האט פאסירט אין שטוב פון רב פפא; עס האט זיך געדריידט דארט א שד וואס פלעגט משמש זיין רב פפא, איינמאל ווען מען האט אים געשיקט שעפן וואסער פון ברונעם, האט ער זיך זייער פארזוימט און נישט צוריק געקומען, שפעטער ווען ער איז צוריק געקומען האט מען אים געפרעגט: "פארוואס האסטו זיך אזוי לאנג פארזוימט?" האט ער געענטפערט: "איך האב געזען די שדים טרינקען פון די וואסער, האב איך געווארט עס זאל אוועק גיין די שלעכטע וואסער, איר זאלט נישט ווערן געשעדיקט", פארציילט די גמרא, אזוי רעדנדיג האט דער שד געזען ווי זיי הייבן אן טרינקען וואסער און פאר זיי טרינקען גיסן זיי אוועק אביסל וואסער, האט דער שד געזאגט: "ווען איך זאל וויסן אז איר גיסט אראפ אביסל וואסער פאר איר טרינקט, וואלט איך זיך נישט פארזוימט, ווייל דאס איז די רפואה דערצו".


דאס איז דער מקור פארוואס מען גיסט אראפ אביסל פאר מען טרינקט וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#5 - פארוואס איז געווען אזויפיל התנגדות קעגן ברסלב?
חסידות ברסלב, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון אייערע שיעורים, איך הער עס אויס בשעת מיין ארבעט, און דאס איז מיר א קוואל פון חיזוק. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן.


א. א גרויס חלק פון די חסידישע רבי'ס זענען קעגן ברסלב, מ'לערנט נישט קיין ברסלב'ע ספרים און מ'זאגט נישט נאך תורות פון ברסלב. וויל איך וויסן וואס איז די השתלשות הדברים פון די מחלוקת קעגן ברסלב, ווייל פון די אנדערע זייט זע איך אז דער ליקוטי מוהר"ן האט הסכמות פון גדולי ארץ וועלכע האבן געשאקלט די וועלט, דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע, דער קאזניצער מגיד זי"ע, פון הרה"ק בעל מחבר ספר אורח לחיים. וועמען איך האב געפרעגט וועגן די נושא, האט מיר קיינער נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן.


ב. וואס איז דער מנהג אין ברסלב וועגן בחורים רעדן מיט די תפילין?


ג. די ברסלב'ע שיטה איז א מ'זאגט תורה אפילו אן פארשטיין. היינט איז דאך שוין דא משניות מיט אידיש, פארוואס קען מען נישט זאגן די אידישע משניות, און אזוי וועט מען יא פארשטיין? כמעט אלעס איז דאך שוין דא היינט מיט אידיש טייטש. ווען מוהרא"ש האט געלעבט איז נאכנישט געווען די אלע ספרים, אויסער די פיעטרושקא משניות וואס אויף דעם איז געווען שאלות אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן.


א גרויסן יישר כח, יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף דער וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון, שם): "וואספארא עצה האבן זיי זיך געטראפן? לאכן! - מען לאכט פונעם רבי'ן, מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד"; דאס איז דער עצה, דער סמ"ך מ"ם מאכט זיכער אז מען זאל נישט מקורב ווערן צום רבי'ן, דורכדעם וואס ער מאכט א געשפעט פונעם הייליגן רבי'ן.


דער רבי האט אמאל גערעדט וועגן די מחלוקת וואס איז דא אויף אים, אז מען זאגט אויף אים שקרים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שצו) דער נביא קרעכצט (הושע ז, יג): "וְאָנֹכִי אֶפְדֵּם", איך העלף דאך די אידן, "וְהֵמָּה דִּבְּרוּ עָלַי כְּזָבִים", און זיי רעדן אויף מיר שלעכטע רייד; ר' נתן שרייבט דארט אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט די טראפן פון נ"ך: "וְאָנֹכִ֣י אֶפְדֵּ֔ם", איך העלף זיי, און זיי רעדן שלעכטס אויף מיר.


די אלע וואס רעדן אויף ברסלב, ווען זיי וואלטן ווען געוויסט באמת וואס איז ברסלב'ע חסידות, נישט נאר זיי וואלטן נישט גערעדט אויף ברסלב, נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


וואויל איז פאר דעם וואס הערט נישט קיין ליצנות אויף צדיקי אמת, ער נעמט נישט קיין חלק אין רעדן אנטקעגן צדיקים, וועט ער זוכה זיין זיך צו פרייען מיט די שמחה ביי די גאולה שלימה, אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק  זכותו יגן עלינו האט געזאגט (עיין בסוף ספר נועם אלימלך, באגרת הקודש) "ווער עס ליינט כתבי פלסתר אויף צדיקי אמת וועט נישט זוכה זיין צו זען  די שמחה פון די גאולה, און דער וואס קוקט נישט אין קיין כתבי פלסתר און רעדט נישט אויף צדיקי אמת וועט זוכה זיין זיך מיט צו פרייען מיט די שמחה וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען".


בנוגע ברסלב'ע מנהגים וכו'; אין ברסלב זענען די מנהגים דאס וואס עס שטייט אין שלחן ערוך. דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל לערנען שלחן ערוך יעדן טאג, אזוי ווי ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן  כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים וְלֹא יַעֲבֹר, וְאַף אִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ, כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג שלחן ערוך חק ולא יעבור, אפילו מען האט נישט קיין צייט מען איז אן אונס, דאך זאל מען לערנען א סעיף אין שלחן ערוך אפילו שלא כסדרן, ווייל יעדער איד מוז לערנען יעדן טאג פון זיין לעבן שלחן ערוך - זאל זיין וואס זאל זיין, "וּכְשֶׁאֵינוֹ אָנוּס יִלְמַד כְּסֵדֶר כָּל הָאַרְבָּעָה "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" מִדֵּי יוֹם בְּיוֹמוֹ, וּכְשֶׁיִּגְמֹר וִיסַיֵּם הָאַרְבָּעָה "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" יַחֲזֹר וְיַתְחִיל לְלָמְדָם כְּסֵדֶר, וְכֵן יִנְהַג כָּל יְמֵי חַיָּיו", און ווען ער איז נישט קיין אונס זאל ער זען צו לערנען אויף א סדר, יעדן טאג אביסל, ביז ער וועט ענדיגן גאנץ שלחן ערוך, און נאכדעם זאל ער אנהייבן נאכאמאל שלחן ערוך. אזוי זאל מען זיך פירן א גאנץ לעבן.


מאך דיר א שיעור צו לערנען יעדן טאג שלחן ערוך; דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן צוויי שיעורים אין הלכה, איין שיעור אין שלחן ערוך הקטנים - דאס איז "מחבר און רמ"א", און נאכדעם נאך א שיעור אין שלחן ערוך הגדולים - א שיעור אין שלחן ערוך מיט אלע פוסקים וואס זענען געדרוקט ארום דעם שלחן ערוך: טורי זהב, מגן אברהם וכו'. דערפאר זאלסט זיך מאכן צוויי שיעורים, איין שיעור מחבר רמ"א; אנשי שלומינו פירן זיך צו לערנען יעדן טאג מיט טלית ותפילין דרבינו תם אביסל הלכה, דאס פלעגט זיין דער סימן פון א ברסלב'ער חסיד – אז ער האלט אין טלית בייטל א קליינעם 'שלחן ערוך'. און די אנדערע שיעור זאלסטו לערנען לויטן סדר אין שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים ביז הלכה למעשה.


בנוגע לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); וואס זאל איך דיר זאגן, טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב - פרוביר עס אויס, וועסטו זען אז עס איז גוט און עס איז נישט דא קיין בעסערס פון דעם. נעם א משניות און הייב אן זאגן די ווערטער, וועסטו שפירן דאס זיסקייט פון די הייליגע תורה.


דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט דארפן"; דאס זעט מען בחוש, ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, דארף ער שוין גארנישט; ער שפירט א צופרידנקייט אין לעבן, ער לעבט א פרייליכע לעבן. ווען ער האט אפאר איבעריגע מינוט נעמט ער א משניות, א גמרא וכו' און איז גורס פרקים משניות און דפים גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.