שאלה אין קורצן ענין
#9 - זאל איך גיין זיך אונטערזוכן אויב איך האב די קאראנע וויירוס?
סיפורי צדיקים, רפואה, שמחה, קאראנע וויירוס, פחדים, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה אויף די שיינע שיעורים.


איך געפין זיך יעצט אינדערהיים אפגעזינדערט, מיט אלע סימנים פון די קאראנע וויירוס, און איך וויל וויסן אויב איך זאל גיין מאכן א טעסט [בדיקה] אויב איך האב טאקע די קאראנע. אויך דארף איך חיזוק אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די עצה ארויס צו קריכן פון די מחלה קורונה וירוס און פון אלע מחלות איז נאר דורך זיך שטארקן צו זיין פרייליך און האפן צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


א פרייליכער מענטש דריידט זיך ארויס פון קורונה און פון אלע מחלות; שלמה המלך זאגט (משלי יח, יד): "רוּחַ אִישׁ יְכַלְכֵּל מַחֲלֵהוּ", א מענטש וואס זיין מצב רוח איז גוט, ער איז גוט-מוטיג - קען זיך שטארקן אויף זיין מחלה, "וְרוּחַ נְכֵאָה - מִי יִשָּׂאֶנָּה", און איינער מיט א צעבראכענע גייסט קען נישט אריבערטראגן די קראנקהייט, דאס צעבראכנקייט מאכט אים פאלן השם ישמרינו.


דעריבער זאלסטו זיך נישט לאזן צעברעכן; גיי נישט צו קיין דאקטורים, זיי קענען נישט העלפן. זיי זאגן קלאר 'מיר ווייסן נישט וואס דאס איז, ווי אזוי מען באגייט זיך מיט דעם'; אלע זענען מודה אז דער אייבערשטער - ער אליינס פירט די וועלט און קיינער אנדערש. מאך נישט קיין שום טעסט, עס העלפט נישט און עס איז נישט מעלה און נישט מוריד, וועסטו זען אז ביז א קורצע צייט וועסטו זיין געזונט און שטארק.


אויך בעט איך דיר זאלסט נישט אויסהערן די נייעס; די נייעס ווארפט א פחד און א שרעק, מען טאר נישט הערן קיין נייעס. א רחמנות אויף די וואס זענען איינגעטונקען אין נייעס, די קענען ממש נישט לעבן; די פחד פון די נייעס - דאס אליינס איז ערגער פון די גאנצע מחלה קורונה, מער מענטשן זענען נפטר געווארן פון די פחד און בהלה ווי פון די קורונה אליינס.


אזוי ווי דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו ברענגט א מעשה פלא (בן יהוידע בבא קמא, דף ס מדפי הגמרא) וואס האט פאסירט, אמאל איז געווען א שווערע עפידעמיע, עס איז געווען א מגיפה, א מחלה מיט'ן נאמען קוליר"ע. פאר די מחלה האט זיך פארשפרייט האט איינער געטראפן דעם משחית וואס איז געווען געשטעלט אריין צו ברענגען די קרענק, ער האט געפרעגט דעם משחית וויפיל מענטשן ער גייט הרג'נען דורך די קרענק קוליר"ע, האט ער געזאגט: "פינף טויזנט מענטשן", למעשה זענען גע'הרג'עט געווארן פופצן טויזנט נפשות דורך די מחלה קוליר"ע, שפעטער האט מען געפרעגט דעם משחית: "פארוואס זאגסטו ליגנט? האסט געזאגט אז דו גייסט הרג'נען מיט די קוליר"ע פינף טויזנט מענטשן, למעשה האסטו גע'הרג'ט פופצן טויזנט מענטשן?" האט דער משחית געענטפערט: "איך האב נאר גע'הרג'ט מיט מיין שווערד קוליר"ע פינף טויזנט מענטשן, די איבעריגע צען טויזנט זענען געשטארבן פון שרעק און פאניק"; זעט מען אז די שרעק און פאניק איז ערגער פון די מחלה זעלבסט.


שטארק זיך, דער אייבערשטער וועט דיר געבן א רפואה שלימה.


 

#8 - ווי אזוי רעדט מען צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, איך הער עס כסדר אויס און איך שעפ אסאך חיזוק און חיות דערפון.


איך וויל זייער שטארק זיין א ברסלב'ער חסיד, איך וויל זיין אן ערליכער איד באמת, רעדן צום אייבערשטער כסדר. ווען איך רעד אבער צום אייבערשטער ווער איך מבולבל און פארלוירן, איך שפיר נישט ווי איך רעד צו מיין חבר, עס האלט קוים אן פאר איין מינוט, און רוב ווערטער זענען: "רבונו של עולם איך וויל רעדן צו דיר", אפשר קען איך האבן א עצה ווי אזוי זיך צוצוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטער כדבר איש אל רעהו, צו שפירן אז איך רעד צו מיין טאטע.


נאך א זאך וואס באדערט מיר שוין פון אלס קינד, איך האב געמיינט אז איך וועל פטור ווערן דערפון אבער דערווייל איז עס נאר מיטגעוואקסען מיט מיר, יעדעס מאל איך גיי צום דאקטאר אדער דענטיסט ובפרט פאר מער ערנסטע זאכן, כאפט מיר אן אזא פחד און שרעק, וואס קען איך טון זיך צו מתגבר זיין?


א יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיינע תפילות זענען אויסנאם תפילות; בעט ווייטער די הערליכע ווערטער: "רבונו של עולם, איך וויל רעדן צו דיר", זאג דאס איבער טויזנטער מאל ביז דו וועסט זוכה זיין אנצוהייבן שפירן דעם אייבערשטן.


עס נעמט א שטיק צייט ווי לאנג דער מענטש הייבט אן שפירן ווי דער אייבערשטער הערט אים אויס, אזוי ווי ווען ער רעדט צו א חבר. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז קיינער קוקט נישט אויף אים און מען הערט נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט, "רַק אַדְּרַבָּא, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאך אלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעם האט ער זיך זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאוונט און געבעטן אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.


זעט מען פון דעם אז מען דארף זיין זייער שטארק נישט אויפצוהערן בעטן און דאווענען, אפילו ווען עס ווערט פארמאכט די געפילן, מען שפירט גארנישט און מען זעט גארנישט; אדרבה, מען זעט נאר פארקערט, מען זעט ווי מען בעט און מען בעט און עס רירט זיך גארנישט, דארף מען זיין א גרויסער עקשן נישט אפצולאזן די עבודת השם יתברך. אבער ביים סוף ווער עס האלט אן די עצה פון התבודדות איז זוכה אז ער באקומט א לויטערע מח, ער הייבט אן לעבן מיט אמונה און אלע פחדים גייען אוועק פון אים, ער האט נישט מורא פון קיינעם נישט, נישט פון קיין דאקטער, דענטיסט, מלאכים און אפילו פונעם מלאך המוות, נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - שולד געפילן איבער חינוך; אפלאזן אלטע שיעורים און גיין צום דרך הלימוד?
חינוך הילדים, לימוד התורה, פחדים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אייער ענטפער, איבער מיין זון וואס ברעכט אונטער די גרויס דרוק צו זיין דער בעסטער אין ישיבה און באקומען די בעסטע צייכענונגען, ביז עס איז אים שוין צוגעטרויטן צום געזונט.


א. איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך שפיר א שטארקע שולד געפיל וועגן דעם, אפשר האב איך געלייגט צופיל דרוק אויף אים, אפשר זאל איך זיך פארנעמען עפעס א גוטע קבלה זיך צו בארואיגן?


ב. איך בין עוסק על המחיה ועל הכלכלה, איך ארבעט צו ברענגען פרנסה אין שטוב, און איך האב ב"ה שיעורים קבועים יעדן טאג צו לערנען תורה, מיין שאלה איז אזוי ווי איך הער ביי אייערע שיעורים איבער דעם "סדר דרך הלימוד" פון רבי'ן, זאל איך אפלאזן מיינע ביז יעצטיגע שיעורים און אנהויבן לערנען אויף דעם דרך הלימוד?


ג. ווי איך האב אייך שוין געשריבן האט מיין זון א פחד צו דאווענען אין א גרויסע שול מיט אסאך מענטשן, ער וויל דאווענען נאר אין א קלענער שול, מעג ער זאגן א ליגנט פאר זיינע חברים איבער וואו ער האט געדאווענט?


נאכאמאל א גרויסן דאנק אויף אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א. דו שרייבסט אז דו שפירסט א שולד געפיל אויף וואס עס האט פאסירט מיט דיין זון נרו יאיר וכו', און דו פרעגסט וואסערע קבלה טובה דו קענסט מקבל זיין אויף דיר כדי זיך צו בארואיגן.


וויסן זאלסטו אז מען קען נישט מחנך זיין קינדער כדי צו האבן כבוד פון זיי; עלטערן וואס פארלאנגען פון זייערע קינדער צו זיין דוקא דער 'אויסגעצייכנסטער' פון כתה, דער 'בעסטער' פון כתה, אדער דער 'געלונגענסטער' - אלעס פאר כבוד, וועלן זייערע קינדער ביים סוף אלעס אפלאזן אדער משוגע ווערן. שלמה המלך זאגט (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ, גַּם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה"; דאס הייסט מען דארף מחנך זיין קינדער "עַל פִּי דַרְכּוֹ", נישט ארויף לייגן צו סאך אויף זיי, נאר לויט זייער וועג וכו'.


עס איז א גרויס רחמנות אויף מענטשן וואס לעבן פאר א צווייטן און זייער גאנצער מח מחשבה איז שטענדיג פארנומען צו טראכטן: 'וואס וועט יענער טראכטן אויף מיר?' 'וואס וועט דער זאגן אויף מיר?' ווייל באמת דארף א מענטש זיין ביי זיך אזוי שטארק מיט אמונה, אז עס זאל אים נישט אינטערעסירן וואס א צווייטער זאגט און טראכט אויף אים.


אזוי איז אויך לגבי די קינדער; מען דארף מחנך זיין קינדער צו דאווענען און לערנען ווייל דער אייבערשטער האט אונז אזוי געהייסן, נישט פאר מענטשן - אז מענטשן זאלן זען ווי מיר האבן די בעסטע קינדער וכו'; אך און וויי איז אויב מען איז מחנך קינדער פאר גאוה און כבוד, ווייל ווען די קינדער וואקסן אויף לאזן זיי אלעס אפ, שפירנדיג אז דאס איז פאלש און מען טוט אלעס נאר כדי צו געפעלן פאר א צווייטן.


מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן די פאלגענדע מעשה: מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבער געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל און פארלאזט דערביי זידיגע טרערן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי נישט גארנישט, איך זע פשוט אין די הגדה אז דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר און וואס דער רשע האלט פון מיר, איין זאך גייט מיר אבער יא אן: "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר"? ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן, "וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, אבער רבונו של עולם וואס האלסטו פון מיר? רבונו של עולם ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב, איך וויל נישט גארנישט - נאר טון דיין ווילן".


דער הייליגער רבי האט אמאל דערציילט פאר זיין טאכטער אדל איבער א גרויסער מענטש וואס האט געדאווענט יארן לאנג מיט גרויס התלהבות פאר א קאץ; ער פלעגט דאווענען אין א צימער און ווען ער האט געהערט די גרודער פון א קאץ אינדרויסן האט ער געמיינט אז דאס קומט פון די חסידים וואס שטופן זיך ביים טיר צו קענען אריינקוקן זען ווי אזוי ער דאווענט, פלעגט ער זיך נאך מער איינוויקלען אין זיין טלית און דאווענען מיט התלהבות פאר די וואס קוקן אריין אין פענסטער, ביז דערווייל איז דער גרודער געקומען פון א קאץ... א שכן פלעגט אוועקשטעלן יעדן אינדערפרי א טעפל מילך און דער קאץ פלעגט ארום שפרינגען דארט אין חצר ביים טרינקען די מילך און פון דעם איז געקומען די רעש, קומט אויס אז די אלע יארן האט ער געדאווענט פאר א קאץ רחמנא לצלן.


ב. בנוגע וואס צו לערנען; לאז נישט אפ דיינע אלטע שיעורים, בלייב מיט דיינע חברותות און זע צו זאגן יעדן טאג תהילים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהילים אז מען זאגט, איז אזוי ווי א פאנטש"; פונקט ווי א מענטש נעמט מיט זיך מיט טרינקען וואו ער גייט, אז אויב ער וועט ווערן דורשטיג זאל ער האבן עפעס צו טרינקען, אזוי אויך דארף א מענטש זאגן יעדן טאג תהילים כדי צו געבן צו טרינקען פאר זיין נשמה.


ר' נתן פלעגט יעדן טאג זאגן דעם יום תהילים, אזוי ארום פלעגט ער ענדיגן דעם גאנצן ספר תהילים יעדע וואך, און אזוי פירן זיך תלמידי היכל הקודש - צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים. דער הייליגער רבי האט געזאגט אז משיח וועט קומען בזכות די פשוט'ע אידן וואס זאגן אסאך תהילים; הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו ברענגט דאס אראפ אין ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) אז משיח וועט קומען בזכות די אלע ערליכע פשוט'ע אידן וואס זאגן תהילים יעדן טאג.


ג. בנוגע וואס מען זאל זאגן פאר מענטשן וכו'; דו דארפסט פאר קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון וואו ער דאווענט, און דו דארפסט בכלל נישט זיין פארנומען מיט מענטשן - וואס מענטשן וועלן טראכטן און וואס מען וועט זאגן; אז דיין זון איז נישט גרייט צו דאווענען מיט אן עולם זאלסטו אים אפלאזן, זאל ער דאווענען וואו ער איז באקוועם.


זע אז דיין זון זאל זיך ערהוילן און צוריק קומען צו זיינע כוחות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן פד): "תִּקּוּן הַגּוּף, קֹדֶם תִּקּוּן הַנֶּפֶשׁ", קודם דארף דער גוף זיין געזונט און מסודר, נאכדעם זארגט מען אויפן נפש; מען דארף ערשט אכטונג געבן אויפן גוף, עס זאל זיין רואיג און נישט איבערגעשטרענגט, נאכדעם דארף מען אכטונג געבן אויפן נפש.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א קליינע לאך אינעם גוף איז א גרויסער לאך אין די נשמה".


ווען דער יצר הרע זעט א מענטש וועם ער קען נישט בייקומען, ווייל דער מענטש פירט זיך זייער ערליך, דאן קומט ער צום מענטש ווי א פרומער, ער מאכט אים שפירן אז ער טוט נישט גענוג, ער פארדרייט אים דעם קאפ ער זאל פאסטן און טון סגיפים וכו' וכו'; פארשטייט זיך אז דער מענטש האט נישט קיין כח צו דעם, פאלט ער אראפ און ווערט זייער אפגעשוואכט, ער בלייבט ליגן אין בעט אן כח, ער קען נישט נישט דאווענען און לערנען - אזוי האט ער געכאפט דעם מענטש.


דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן צו עסן צו דער זעט און שלאפן גענוג - וויפיל דער מענטש דארף; עס איז נישט שייך צו זאגן פאר א מענטש וויפיל שעה ער דארף שלאפן ווייל יעדער מענטש איז אנדערש. און אז מען איז אויסגערוהט קען מען דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אסאך קומען אין ישיבה געבן דרשות פאר די בחורים; פלעגט ער שטענדיג זאגן פאר די בחורים זיי זאלן עסן אסאך. א בחור דארף עסן צו דער זעט און נישט זיין פארנומען מיט סיגופים, נאר דער עיקר זאל מען אויסנוצן די צייט ריכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת פון אלע דיינע קינדער.

#6 - מיין בחור ברעכט אונטער פון דרוק, וואס איז די עצה?
חינוך הילדים, אמונה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק און די אמונה און בטחון, וואס מיר באקומען פון אייערע געוואלדיגע שיעורים.


איך האב זיך געוואלט שואל עצה זיין איבער מיין בחור, ער לערנט ב"ה פיין אין ישיבה, אבער דאס איז נאר אונטער א געוואלדיגע פרעשור אז ער זאל הייסן א גוטער בחור און זיין ארויפגעקוקט אין ישיבה. איין טאג איז ער געבליבן אינדערהיים און געזאגט ער שפירט זיך נישט גוט, ווען איך האב אים געוואלט נעמען צום דאקטער האט ער געזאגט אז אלעס איז אין ארדענונג נאר ס'איז געווען א פארהער אין ישיבה און ער האט נישט געקענט הונדערט פראצענט, און ער האט מורא געהאט אז ער גייט באקומען א שוואכע צייכן, און דאס ממש עק וועלט ווייל אלעס אין ישיבה גייט לויט ווי גוט מ'קען.


לעצטנס איז ער צאמגעפאלן אין שול, מ'האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל און דער דאקטער האט געזאגט אז דאס איז פשוט געווען פון א "פאניק אטאקע", עס האט אים געכאפט א געפערליכע פחד צו זיין צווישן אזויפיל מענטשן אין שול, און דעריבער האט ער גע'חלש'ט. זייט דעמאלט וויל ער מער נישט גיין דאווענען אין א גרויסע שול, און איך ווייס נישט וואס צו טון וועגן אים, יעצט קומט די הייליגע טעג און איך וויל גיין דאווענען אין א גרויסע שול.


איך האב אזוי ארויסגעקוקט צו זען נחת פון אים, און יעצט האב איך מורא ער זאל נישט ווערן קיין חולה נפש רחמנא ליצלן, וואס טו איך? ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער וועט העלפן דו וועסט זען נחת פון אים און פון אלע אנדערע קינדער.


וויסן זאלסטו אז קינדער זענען נישט קיין מאשינען; אפילו א מאשין קען אויך אויפהערן ארבעטן ווען מען ארבעט עס איבער, כל שכן א מענטש - אויב מען שטרענגט עס איבער הערט עס אויף ארבעטן, דער מח קען נישט פארנעמען ווען מען דרוקט אויף אים.


זאלסט אים חס ושלום נישט צווינגען צו גיין דאווענען אין א שול וואו ער האט פחדים; ענדערש זאל ער דאווענען אפילו ביחידות ווי לאנג ער וועט ארויס קריכן פון די פחדים.


רעד מיט אים נאר דיבורי אמונה, ווייל אמונה איז די רפואה פאר אנגעצויגנקייט, פחדים, ספיקות און בלבולים. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹך כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַך כְּלָל" - דאן לעבט ער א רואיג לעבן.


אמונה שטארקט די נערוון, און פארקערט אויך; אויב א מענטש איז נישט שטארק מיט אמונה און ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, ער מיינט אז זאכן פאסירן סתם אזוי אן קיין חשבון און עס איז דא טבע מקרה מזל - אזא מענטש לעבט שטענדיג מיט פחדים און שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר, וואס פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם, און די איינציגסטע רפואה פאר די וואס ליידן אויף די נערוון איז נאר "אמונה".


דערפאר זאלסטו שמועסן מיט דיינע קינדער נאר פון אמונה; פארצייל זיי מעשיות פון השגחה פרטיות ביז עס וועט אריינגעבאקן ווערן אין זייער הארץ די ריינע אמונה, דעמאלט וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיך כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ליידן מחלות בלויז ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן נעבעך, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


זאג נישט אז דו האסט געמיינט דו וועסט האבן נחת וכו' און יעצט האסטו מורא אז ער וועט ווערן א חולה נפש, ווייל אז דו וועסט אים נישט דרוקן און דו וועסט אים שטענדיג נאר אויפהייבן וועט ער זיין געזונט און שטארק. אז ער איז נישט גרייט צו גיין צווישן אן עולם זאלסטו אים נישט איבער רעדן ער זאל יא גיין, און אז דו וועסט רעדן צו אים מיט א זיכערקייט פונעם אייבערשטן וועסטו זען וואסערע ניסים וועט געשען מיט אים.


בעט דעם אייבערשטן פאר אים און פאר אלע דיינע קינדער און פאר אלע אידן אז אלע זאלן זיין געזונט בגוף ובנפש – דאס וועט דיר ברענגען צו זען פון זיי נחת.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען אז אלע דיינע קינדער זענען ערליכע אידן?" האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים?! איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי; איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".


שטארק דיך! דער אייבערשטער וועט העלפן אז דיין זון וועט ארויסגיין פון זיין צרה.

#5 - איך ווארט א נישט געזונט קינד
רפואה, קינדער, פחדים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווארט יעצט א קינד, און די דאקטורים שרעקן מיר אן אז דאס איז נישט א געזונט קינד, איך בין ממש פארלוירן און איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קענט איר מיר מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה', כ' ניסן, ג' דחול המועד, ערב שביעי של פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


על פי הלכה טאר מען נישט שרייבן חול המועד אבער ביי א דבר האבד מעג מען שרייבן.


אז איך ליין ווי איר שרייבט אז עס איז ביי אייך עק וועלט ווייל דער דאקטער זאגט אייך אן אז דאס קינד איז נישט געזונט און איר זענט פארלוירן, וועל איך אייך שרייבן אפאר ווערטער.


איין זאך בעט איך אייך: "פארלירט זיך נישט!" תפילה איז זייער א שטארקע זאך, אזוי ווייט אז עס איז קעגן די טבע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵיב כָּך וְהַתְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", אפילו אז די טבע זאגט איין זאך, קומט תפילה און דרייט אלעס איבער; גלייבט אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס האט פאסירט ביז יעצט איז פאר אייער טובה, און בעטס אים אויף ווייטער; דורך תפילה וועט איר האבן א געזונט קינד.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורך זאגן נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער זאלט איר זאגן נעמען פון צדיקים. זאגט: "אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד, שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פייגא מברסלב, רבי נתן מברסלב" און נאך נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט, נאכדעם זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם, בִּזְכוּת וָואס אִיך הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים פַאר דִיר, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה אוּן מְסִירוּת נֶפֶשׁ וָואס זֵיי הָאבְּן זִיך מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאל אִיך זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גֶעזוּנְט קִינְד אוּן אַלֶעס זָאל אַרִיבֶּערְגֵיין גְרִינְגֶערְהֵייט. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! אִיך בִּין זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקְן, דִי דָאקְטוֹרִים זָאגְן מִיר אַז דָאס קִינְד אִיז נִישְׁט גֶעזוּנְט, הֶעלְף מִיר אִיך זָאל הָאבְּן אַ גֶעזוּנְט קִינְד, הֶעלְף מִיר אַז אַלֶעס זָאל אַרִיבֶּער גֵיין בְּשָׁלוֹם. אִיך גְלֵייבּ אִין דִיר, אִיך גְלֵייבּ אַז דוּ פִירְסְט דִי וֶועלְט, הֶעלְף מִיר אִיך זָאל הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע קִינְדֶער, אָמֵן".


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס תפילה טוט – וואס תפילה טוט קען קיין שום זאך אויף דער וועלט נישט טוהן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן כח; איר זאלט מיר מבשר זיין א גוטע בשורה בקרוב, אמן.


נאך יום טוב וועל איך אייך שרייבן מער באריכות אם ירצה ה'.

#4 - מ'טשעפעט מיר, און איך האב פחדים פון פייער
חיזוק פאר מיידלעך, פחדים, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס אסאך מאל זענען דא מיידלעך אין מיין קלאס וואס טשעפען מיר און ווילן נישט שפילן מיט מיר, ווי אזוי קען איך מאכן אז יעדער זאל וועלן שפילן מיט מיר?


אויך האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב אסאך פחדים פון פייער, איך האב זייער מורא פון פייער. מיין מאמע זאגט מיר אז איך זאל פרובירן צו פארגעסן דערפון, אבער ס'איז מיר זייער שווער צו פארגעסן דערפון.


יישר כח פאר'ן נעמען די צייט מיר צו ענטפערן.


א מיידל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר זאגט אז מיידלעך טשעפענען אייך; וויסן זאלט איר אז דאס לעבן איז ווי א שפיגל. ווען מען שמייכלט, וואס זעט מען אין שפיגל? א שמייכל; אז איר וועט קיינעם נישט טשעפענען וועט אייך אויך קיינער נישט טשעפענען. אז איר וועט זיין פרייליך, איר וועט א גאנצן טאג טאנצן און זינגען, וועט יעדער איינער וועלן זיין אייער חבר'טע.


דאס וואס איר שרייבט אז איר האט פחדים פון פייער; זייער אסאך מענטשן האבן די סארט פחדים, בפרט קינדער האבן זייער אסאך מאל מורא פון פייער וכדומה. דער יצר הרע ווארפט אן פחדים אויף מענטשן, ווייל אזוי וויל ער צעברעכן דעם מענטש. מיר זינגען פורים: "אֲרוּרָה זֶרֶשׁ אֵשֶׁת מַפְחִידִי", פארשאלטן זאל זיין זרש די ווייב פון המן וואס ער ווארפט פחדים אויף מענטשן; דאס איז די טריק פונעם יצר הרע, ער ווארפט אריין דעם מענטש אין פחדים ביז ער מאכט אז דער מענטש זאל ווערן א דיפרעסטער מענטש. אבער א מענטש וואס לעבט מיטן אייבערשטן, אים קען מען נישט אריין ווארפן אין פחדים, ווייל ער ווייסט אז עס קען גארנישט פאסירן קיין שלעכטס, נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אז איר זאלט נישט האבן קיין פחדים, וועט איר זען אז איר וועט מער נישט מורא האבן. דער רבי האט אסאך סגולות אויף פחדים; זעט צו לערנען אין ספר המידות אות פחד און פראבירט צו פאלגן אלעס וואס שטייט דארט. איך שרייב אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן.


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן פון קיינעם, העלף מיר איך זאל גלייבן אז דו האסט אלעס באשאפן און דו פירסט די גאנצע וועלט. באשעפער, איך האב זייער שרעקעדיגע מחשבות פון פייער, איך ציטער אזוי שטארק פון פייער אז איך קען נישט איינשלאפן ביינאכט פון שרעק; העלף מיר אייבערשטער אז די פחדים זאלן אוועק גיין פון מיר. יוֹדֵעַ מַחְשָׁבוֹת הוֹשִׁיעָה נָא, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל אייביג טאנצן און זינגען, איך זאל זיין אזוי פרייליך אז יעדער וואס וועט שטיין נעבן מיר וועט אויך פרייליך ווערן, העלף מיר אייבערשטער בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, זכותם יגן עלינו, אמן".

#3 - מיינע פחדים גייען שוין אוועק ברוך ה'
תפילה והתבודדות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס געבן אונז כסדר חיזוק און עצות אויף יעדע זאך, ב"ה אז בזכות דעם ווייסן מיר ווי אזוי צו לעבן אן אמת'ע לעבן.


ספעציעל וויל איך באדאנקען אויף דעם וואס איך האב געקענט אריינקומען מיט מיין מאן זיך דורכצושמועסן מיט'ן ראש ישיבה, און אויף דעם בריוו מיט די תפלה וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן צו מיין מאן אז איך זאל עס זאגן יעדן טאג. איך פרוביר צו זאגן די תפלה כאטש איין מאל יעדן טאג, און אמאל אויך מער, און ב"ה אז איך פיל אז מיינע פחדים און שרעקעדיגע מחשבאות ווערן בעסער און בעסער, איך לעב מער מיט א קלארע אמונה ווי פריער.


אין די תפלה שטייט די ווערטער "איך פיל ווי איך האלט עס נישט אויס מער", אבער יעצט שפיר איך שוין נישט צו זאגן די ווערטער, ווייל עס איז שוין אסאך בעסער, און איך בעט ווייטער אז עס זאל אינגאנצן אוועקגיין.


איך קען נישט גענוג זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז איר שפירט זיך שוין בעסער און איר זענט שוין אסאך מער רואיגער ווי ווען איר זענט געווען ביי מיר מיט אייער מאן נרו יאיר.


איך האב אייך געשריבן א תפלה וואס צו זאגן לויט וואס איך האב געהערט פון אייך ווי איר זאגט אז איר לעבט אין שרעק, איך האב געשריבן די תפילה לויט אייער מצב פון דעמאלט, אבער יעצט אז איר שרייבט מיר אז אייערע מחשבות ווערן בעסער און בעסער, עס האלט שוין ביי דעם אז איר קענט מער נישט זאגן פארן אייבערשטן: "איך פיל ווי איך האלט עס מער נישט אויס", ווייל איר פילט מער נישט אזוי, אייער אמונה איז שוין שטערקער, וועל איך אייך שרייבן א נייע תפילה וואס צו בעטן.


לייגט אוועק די אלטע בריוו מיט די תפילה וואס איך האב אייך געשריבן כדי איר זאלט קיינמאל נישט פארגעסן די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך און וועט ווייטער טון מיט אייך, אז אויב איר וועט אמאל דארפן פועל'ן א ישועה זאלט איר זען קלאר מיט אייערע אויגן וואס מען קען אלץ פועל'ן מיט תפילה, איר וועט קענען מחזק זיין נאך מענטשן און זיי לאזן וויסן וואס געשעהט ווען מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות אויף די אייגענע שפראך, ווי ער העלפט יעדן איינעם.


דא שרייב איך אייך די תפילה:


רבונו של עולם, יישר כח פאר מיין לעבן! איך דאנק דיר אז איך האב אזא גוטע מאן וואס ער איז אזוי ערליך און אזוי גוט צו מיר; איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר מיינע לעכטיגע זיסע קינדער וואס דו האסט מיר געגעבן. יישר כח אייבערשטער אז מיינע קינדער זענען געזונט, איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר. אייבערשטער, מיין הארץ איז אנגעפילט מיט לויב פאר דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, איך האב דיר אזוי ליב.


רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל האבן א קלארע אמונה, א לויטערע אמונה, א ריינע אמונה, איך זאל גלייבן אז קיינער קען מיר גארנישט טון, העלף מיר איך זאל נישט לעבן מיט פחדים און שרעק.


הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך דער יודע מחשבות, דו ווייסט אלע מחשבות וואס איך טראכט, דער יצר הרע פארגינט נישט אז איך לעב אזוי שיין מיט מיין מאן און מיינע זיסע קינדער ברענגט ער אריין אין מיין מח שלעכטע מחשבות, איך טראכט זייער אסאך מאל נעגעטיוו - פון שטארבן און פון אנדערע שלעכטע זאכן ביז איך ווער זייער נערוועז און דערשראקן. העלף מיר איך זאל נישט האבן נעגעטיווע מחשבות, אייבערשטער, דו ביסט דאך דער יודע מחשבות, העלף מיר, "יוֹדֵעַ מַחֲשָׁבוֹת הוֹשִׁיעָה נָא".


צו וועם זאל איך גיין בעטן הילף, ווער קען מיר דען העלפן, ווער קען מיר אוועק נעמען מיינע פחדים, מיינע שרעקעדיגע מחשבות וואס קומען מיר כסדר אריין אין מח - זיי לויפן מיר נאך א גאנצע טאג, קיינער קען מיר נישט העלפן, אבער דו קענסט יעדן איינעם העלפן, בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און שטארק, איך זאל זיין א געזונטע מאמע און א געזונטע ווייב פאר מיין מאן.


אייבערשטער, ווען איך רעד צו דיר שפיר איך אזוי גוט אבער נאכדעם ווען איך פארגעס פון דיר קומט צוריק דער יצר הרע און ער מאכט מיר ווייטער טראכטן שלעכטע זאכן. אסאך מאל כאפט מיר אזא שרעק אז איך קען מיך נישט קאנטראלירן, אדער ווען עס קומט ביינאכט קען איך נישט איינשלאפן פון אלע נארישע מחשבות וואס לויפן אין מיין מח; העלף מיר אז מיין אמונה זאל זיך נישט אפטון פון מיר קיין איין רגע, העלף מיר איך זאל זיין אזוי שטארק מיט אמונה אז קיין שום זאך אויף דער וועלט זאל מיר נישט רירן.


איך האף צו באקומען פון אייך בקרוב א בריוו ווי איר וועט מיר שרייבן אז די גאנצע תפילה איז אייך שוין נישט נוגע און איר קענט עס שוין נישט זאגן ווייל עס איז נישט אמת וכו', אזוי ווי איר שרייבט מיר יעצט. איר וועט לעבן מיט אזא קלארע אמונה אז גארנישט וועט אייך נישט שטערן.

#2 - איך האב מורא פון אן עלעוועיטאר
פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ביי איינע פון די שיעורים אז אלע פחדים וואס א מענטש האט קומט נאר פון חסרון אמונה, למשל ווען איינער האט א פחד צו פארן מיט אן עלעוועיטאר, איז דאס א חסרון אין אמונה. דאס איז טאקע וואס איך האב, איך האב מורא צו פארן מיט אן עלעוועיטאר. יעצט ווייס איך שוין פון וואו עס נעמט זיך מיין פראבלעם, איך דארף אבער אן עצה ווי אזוי איך קען דאס אויסהיילן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז אויב מען לעבט מיט אמונה איז מען רואיג, מען ווייסט אז עס קען גארנישט פאסירן פארן מענטש אן דעם אייבערשטן; אויב איך דארף שטארבן גיי איך שטארבן אפילו אויב איך וועל מיך באהאלטן וכו' און אויב איך דארף לעבן וועל איך לעבן.


ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ווערט אים שטארק זיינע נערוון; אזוי אויך פארקערט - אויב א מענטש האט נישט קיין אמונה, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן נאר ער מיינט אז די וועלט פירט זיך דורך טבע, מקרה און מזל - אזא מענטש לעבט שטענדיג מיט פחדים און שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר וואס פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם. און די איינציגסטע רפואה פאר די וואס ליידן אויף די נערוון איז נאר "אמונה".


אז דו שרייבסט מיר אז דו האסט פחדים פון גיין אין אן עלעוועיטער וכו'; זאלסטו וויסן אז די איינציגסטע רפואה פאר דעם איז אמונה. ווי מער דו וועסט חזר'ן צו זיך די הייליגע אמונה וועסטו ווערן מער און מער רואיג; א גאנצן טאג זאלסטו נאר זינגען ניגונים פון אמונה, קענסט זיך אפילו מאכן אייגענע ניגונים, זינג צו דיר: "אלעס איז דער אייבערשטער", "קיינער קען מיר גארנישט טון", "דער אייבערשטער היט מיר", "איך בין אינעם אייבערשטנס הענט", אזוי וועסטו נישט מורא האבן פון גיין אין א עלעוועיטער און נישט פון קיין עראפלאן וכו'.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", אז מען זאגט קאפיטל כט פון תהילים נעמט מען אוועק דעם רוח רעה וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש; איך האב געטראכט אז מען קען זאגן פשט וואס עס האט די זיבן קולות צו מכניע זיין א רוח רעה, אז מען חזר'ט צו זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער קען יעדן איינעם העלפן; איינער האט א פחד פון וואסער - זאגט מען אים 'קוֹל ה' עַל הַמָּיִם', דער אייבערשטער העלפט א מענטש אין וואסער, איינער האט א שרעק אז א בעל כח גייט אים עפעס שלעכטס טון, אדער איינער דמיונ'ט אז ער האט נישט גענוג כח - זאגט מען אים 'קוֹל ה' בַּכֹּחַ', דער אייבערשטער געבט כח; איינער האט מורא פון פייער - זאגט מען אים 'קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ', דער אייבערשטער איז דער וואס מאכט די פייער, ער וועט דיר ראטעווען פון פייער – אזוי איז דער גאנצער קאפיטל געשטעלט אריין צו ברענגען אינעם מענטש אז גארנישט קען נישט פאסירן מיט אים פון זיך אליינס און נאר דער אייבערשטער וועט אים העלפן.


שרייב מיר נאך.
.

#1 - מ'רעדט אסאך צו מיר קעגן ברסלב, איך דארף חיזוק
חסידות ברסלב, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג הראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט אויב דער ראש ישיבה געדענקט מיר, איך בין געווען ביי אייך פארגאנגענע יאר מיט מיין ווייב, זי האט געהאט גרויסע פחדים, און דער ראש ישיבה האט מיר געגעבן א תפלה, זי האט כסדר געזאגט די תפלה, און ברוך ה' אז זי האט זיך אינגאנצן ארויסגעדרייט פון דעם, אן קיין מעדעצין און אן קיין טערעפי וכו'. דאס איז ממש א מופת, מיר האבן נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען, סיי אויף דעם און סיי אויף די דרשות וואס מיר הערן כסדר, דאס איז אונזער גאנצע לעבן.


איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין ביז די פארגאנגענע יאר גאנץ תנ"ך, גאנץ ש"ס, ד' חלקי שלחן ערוך, זוהר הקדוש, מדרש תנחומא, תנא דבי אליהו, מדרש שוחר טוב, און יעצט האב איך געענדיגט ששה סדרי משנה די 36'סטע מאל. אויסער דעם האב איך שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, ספורי מעשיות, און איך האב שוין כמעט געענדיגט די ספרים.


לעצנטס האב מיין משפחה אנגעהויבן רעדן צו מיר קעגן ברסלב, זיי ווילן מיר ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי איך דארף זיך פירן, זיי רעדן אלע סארט לשון הרע, רכילות, און ניבול פה, אויף ברסלב. זיי טענה'ן אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט געלאזט לערנען ברסלב'ע ספרים, זיי שרייען אז די ברסלב'ע זענען די היינטיגע מסיתים ומדיחים, נאר ערגער ווי סמארט פאונס, אז ווער ס'זאגט אז ער איז א ברסלב'ער מיינט דאס אין אנדערע ווערטער אז ער איז א פורק עול רחמנא ליצלן, און אזוי ווייטער און ווייטער. איך דארף האבן אסאך חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וועגן קינדער וכו', ווייל מיין ווייב האט זייער מורא.


איך שיק דא מיט געלט פאר צדקה, א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


חיים צבי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים צבי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדליך האסטו מיר געשריבן א בריוו וואו דו ביסט מיר מודיע אז דיין ווייב האט געהאט א רפואה שלימה, זי איז ארויס פון אירע פחדים; שוין באלד א האלבע יאר וואס איך ווארט צו הערן וואס עס הערט זיך ביי אייך, צי איר האט שוין געהאט א ישועה, ווייל איך ווייס נישט וואו דו וואוינסט, און איך האב נישט קיין שום וועג ווי אזוי צו הערן פון דיר וואס עס טוט זיך וכו'. איר זענט געווען ביי מיר א האלב יאר צוריק, דו מיט דיין ווייב זענען געזעסן ביי מיר, דיין ווייב האט אזוי געוויינט פון די אינערליכע יסורים, פחדים, דמיונות וכו' וואס זי גייט אריבער, אז די ווענט האבן מיט געוויינט. איך האב איר געגעבן א תפילה צו זאגן יעדן טאג און איך האב זייער אסאך מתפלל געווען פאר אייך, איז נישט קיין יושר צו לאזן ווארטן אזוי לאנג וכו'.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר געבן חיזוק, ווייל דיין משפחה האט גערעדט צו דיר לשון הרע אויף ברסלב וכו'; קוק צו וואס א מענטש קען זוכה זיין אז מען פאלגט דעם הייליגן רבי'ן, דו שרייבסט מיר אלע דיינע סיומים וואס דו האסט זוכה געווען צו מאכן אינעם פארגאנגענען יאר, דו האסט מסיים געווען חמשה חומשי תורה, נביאים וכתובים, גאנץ ש"ס בבלי, ד' חלקי שלחן ערוך, זוהר הקדוש, מדרש תנחומא, תנא דבי אליהו, מדרש שוחר טוב, זעקס אין דרייסיג מאל משניות וכו' וכו', דאס אלעס האסטו זוכה געווען צו לערנען בזכות דעם הייליגן רבי'ן וואס ער ברענגט אריין אין אונז א חשקת התורה, יעצט ווען עס קומען צו גיין אפאר קרעציגע מענטשן וואס רעדן קעגן הייליגן רבי'ן, וואס קיין איינער פון זיי האט ניטאמאל מסיים געווען איין מאל אין זייער לעבן ששה סדרי משנה - פון זיי ווערסטו צעבראכן?!


דו דארפסט חיזוק? פארוואס זאלסטו אויסהערן מענטשן וואס רעדן אויף א צדיק פון איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, ווי שעמט זיך נישט א מענטש צו רעדן אויף צדיקי עולם, אויפן הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה און זיין גרויסער תלמיד ר' נתן זכרונו לברכה, עס איז נאר ווייל די מענטשן זענען פגום בברית, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים נה, כא): "שָׁלַח יָדָיו בִּשְׁלֹמָיו חִלֵּל בְּרִיתוֹ", ווען א מענטש רעדט אויף ערליכע אידן צדיקי אמת איז עס ווייל "חלל בריתו", דער מענטש זינדיגט אין גראבע עבירות; אפילו פון אינדרויסן קען מען דאס נישט זען, פארקערט נאך, די וואס רעדן אויף צדיקי אמת זעען אויס פון אינדרויסן ווי כלומר'ישע פרומע מענטשן וכו', דאך זענען זיי פארפוילט פון אינעווייניג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערע עזות פנים ווי איינער וואס ווייגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?!


די גרעסטע חיזוק פאר דיר דארף זיין, ווען דו קוקסט זיך אן וואס דער רבי האט געטון מיט דיר און מיט דיין ווייב תחי'; דער רבי געבט סחורה אין די הענט, מען עפענט אויף די האנט זעט מען וואס מען האט שוין זוכה געווען אדאנק דעם רבי'ן. זאג מיר צי עס איז דא נאך איינער אין דיין גאנצע שטעטל וואו דו וואוינסט, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן די גאנצע תורה אזוי יונג ווי דיר; דו שרייבסט מיר וואס דו האסט אלץ זוכה געווען צו לערנען די פאר יאר זייט דו הערסט אויס די שיעורים אויף "קול ברסלב"; נישט איך קען דיר און נישט דו קענסט מיר, סך הכל הערסטו אויס דרשות פון ישיבה, דיבורים וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו העלפן מיט דעם אידישע קינדער, דאס זאג איך נאך פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס ער האט דאס גענומען פון הייליגן רבי'ן און פון זיין גרויסע תלמיד ר' נתן ז"ל; פרעג איך דיר: "איז דאס נישט גענוג חיזוק פאר דיר?!"


מען מאכט ליצנות פון ברסלב'ער חסידים אז מיר זענען טויטע חסידים חס ושלום, ווייל אונזער רבי לעבט נישט און מיר פארן צו א טויטע רבי וכו'; וויסן זאלסטו אז דער רבי לעבט, זיינע ספרים לעבן און עס געבט לעבן פאר יעדן איינעם וואס לערנט דערין.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכב): "ווער עס וועט נאר האבן א שייכות מיט איינע פון מיינע תלמידים, וועט שוין אויך ווערן אן ערליכער איד, נישט נאר אן ערליכער איד, נאר גאר א גרויסער צדיק"; דאס זעט מען היינט ממש בחוש, טויזענטער אידן זענען זיך מחיה מיט די דיבורים וואס זיי הערן פון איינעם וואס האט נאר אנגעכאפט א תלמיד פון רבי'ן.


דו שרייבסט מיר אז מען האט געשריגן אויף דיר אז ברסלב איז ערגער ווי סמארט פאון וכו', און אז דער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר האט נישט געלאזט לערנען די ספרים; ווי קען מען אויסטראכטן פאלשע מאמרים אויפן רבי'ן זכותו יגן עלינו מסאטמאר, ווען דער רבי אליין ברענגט אראפ אין ספר הקדוש ויואל משה פון רבי'ן, און דער רבי שרייבט אז נאר דער הייליגער רבי מוהר"ן מברסלב ז"ל האט געוואוסט ברוח הקודש וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, ער שרייבט בזה הלשון (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ): "וזה ענין של רוח הקודש, שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא"; איז ווי קען מען ארויפלייגן אויפן רבי'ן אזעלכע מאמרים אז ער האט נישט געלאזט לערנען די ספרים, ווען דער רבי אליין ברענגט אראפ אין זיינע ספרים פון הייליגן רבי'ן. דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן פון די אלע וואס רעדן קעגן צדיקי אמת, דאס זענען מענטשן וואס האבן נישט קיין יראת שמים, מענטשן וואס זענען זייער פגום בברית, אנדערש וואלט א מענטש נישט גערעדט אויף פריערדיגע צדיקים.


בנוגע קינדער וכו'; דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט צוויי לעכטיגע קינדער, יעצט ווארט נאך אביסל וכו', דער אייבערשטער וועט העלפן דיין ווייב וועט קומען צו די כוחות מער און מער, וועלן מיר דעמאלט רעדן.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף דיינע צוויי ליכטיגע קינדער און בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


א גרויסן יישר כח פאר די געלט וואס דו האסט געשיקט, בזכות מצוות צדקה זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות וישועות.