שאלה אין קורצן ענין
#43 - ווי אזוי האלט מען זיך רואיג מיט אזעלכע שרעקעדיגע נייעסן?
שבת קודש, פחדים, היטן די צייט, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך זייער מחיה מיט די שיעורים און בריוו, א גרויסן יישר כח.


איך האב א זאך וואס נעמט מיר ממש צו די מנוחה, איך ליין די נייעס יעדע וואך שבת, און איך זע אז דער מצב אויף דער וועלט ווערט מער און מער אנגעצויגן צווישן אלע לענדער, און איך ציטער אויב עס וועט חס ושלום אויסברעכן א מלחמה, וואס עס קען חס ושלום געשען. אסאך מאל קען איך ממש נישט איינשלאפן פאר נערוועזקייט, טראכטנדיג וואס וועט זיין מארגן. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל זאלטו וויסן על פי הלכה טאר מען נישט ליינען שבת קיין צייטונג, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (שלחן ערוך אורח חיים סימן שז, סעיף טז; עיין משנה ברורה סעיף קטן סג). ובפרט אז דאס מאכט דיר דערשראקן איז דאך זיכער אז מען טאר נישט (משנה ברורה סימן שז, סעיף קטן ג).


אפילו אין די וואכן טעג זאלסטו נישט ליינען קיין צייטונגען ווייל עס נעמט צו דעם מח מחשבה פונעם מענטש און עס ברענגט אומזיסטיגע פחדים וכו'. דער הייליגער מנחת אליעזר טייטשט דעם פסוק פון די תוכחה (ויקרא כו, לו): "וְהֵבֵאתִי מֹרֶךְ בִּלְבָבָם", דער אייבערשטער זאגט, אויב מען וועט נישט גיין אין די וועגן פון די תורה וועל איך ברענגען א מורא אין ענק, "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף", איר וועט אנטלויפן פאר שרעק פונעם קול וואס די בלעטלעך געבן ארויס ווען די ווינט בלאזט אויף דעם, טייטשט ער (בספר חיים ושלום) אז דער "עָלֶה נִדָּף", מיינט מען דער פארשטונקענעם בלעטל פון א צייטונג וואס דערשרעקט טאג איין טאג אויס פון מלחמות וכדומה.


חכמינו זכרונם לברכה ברענגען (תורת כהנים, ז) רבי יהושע בן קרחה האט דערציילט, "פַּעַם אַחַת הָיִינוּ יוֹשְׁבִים בֵּין הָאִילָנוֹת", איינמאל זענען מיר געזיצן צווישן די ביימער, "וְנָשְׁבָה הָרוּחַ וְהִטִּיחוּ הֶעָלִים זֶה בָּזֶה", אינמיטן האט א ווינט צעבלאזן די ביימער און די בלעטלעך האבן זיך געשאקלט איינער אויפ'ן צווייטן און ארויסגעגעבן א קול, "עָמַדְנוּ וְרַצְנוּ וְאָמַרְנוּ 'אוֹי לָנוּ שֶׁמָּא יַדְּבִּיקוּנוּ הַפָּרָשִׁים!'", מיר זענען אנטלאפן פון פחד אז מען גייט אונז הרג'נען, "לְאַחַר זְמַן נִפְנִינוּ אַחֲרֵינוּ, וְרָאִינוּ שֶׁאֵין בֶּרְיָה", נאכדעם האבן מיר געזען אז קיינער יאגט נישט און קיינער לויפט אונז נישט נאך, האבן מיר געוויינט אז עס איז מקיום געווארן ביי אונז דאס וואס שטייט "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף"; אזא פנים האבן די וואס ליינען צייטונגען, מען ווערט דערשראקן און צעמישט. מען קען נישט שלאפן פון פחד, בשעת קיינער יאגט נישט און קיינער רודפ'ט נישט.


תלמידי היכל הקודש נעמען נישט אריין אין שטוב קיין שום צייטונג און קיין שום מאגאזין; דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק ליצנות און איין גרויסער בלאף. די ציל פון א צייטונג איז נאר צו ווייזן (צפניה ב, טו): "אֲנִי וְאַפְסִי עוֹד", איך, איך און נאכאמאל איך, און עולם גולם שטייט און ליינט דאס בשעת מען כאפט נישט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך און מען האט גארנישט דערפון, דאס איז חוץ דעם וואס עס נעמט אוועק דאס יראת שמים פונעם מענטש.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין טאטע שליט"א האט קיינמאל נישט געלאזט אריין ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג; שבת האב איך געזען מיין טאטע שליט"א נאר לערנען און פארברענגען מיט די קינדער, איך האב נישט געוויסט בכלל אז עס איז דא צייטונגען ביז איך בין געפארן לערנען אין ישיבה וואו האב איך געזען דאס רחמנות פון די וואס ליינען שעות אויף שעות דעם נארישן צייטונג.


שבת איז א צייט פון לערנען און דאווענען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק א): אויפן פסוק (תהלים קלט, טז): "'יָמִים יֻצָּרוּ וְלוֹ אֶחָד בָּהֶם', זֶה יוֹם שַׁבָּת לְיִשְֹרָאֵל; אַף עַל פִּי שֶׁאַתֶּם עוֹשִׂים מְלָאכָה כָּל שִׁשָׁה יָמִים", אפילו א מענטש ארבעט א גאנצע וואך, "יוֹם הַשַׁבָּת יַעֲשֶׁה כּוּלוֹ תּוֹרָה", זאל ער אויסנוצן שבת אויף לערנען תורה, "מִכָּאן אָמְרוּ: לְעוֹלָם יַשְׁכִּים אָדָם וְיִשְׁנֶה בְּשַׁבָּת, וְיֵלֵך לְבֵּית הַכְּנֶסֶת וּלְבֵית הַמִדְרָשׁ, יִקְרָא בַּתּוֹרָה וְיִשְׁנֶה בַּנְּבִיאִים, וְאַחַר יֵלֵךְ לְבֵיתוֹ וְיֹאכַל וְיִשְׁתֶּה, לְפִי שֶׁאֵין לוֹ מְנוּחָה לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָא עִם עוֹשֵׂי תּוֹרָה בִּלְבַד", דערפאר זאל א מענטש אויפשטיין שבת צופרי און גיין אין שול לערנען און דאווענען, און נאכדעם אהיים גיין מאכן די סעודה, ווייל דער אייבערשטער האט נישט קיין נחת פונם מענטש נאר ווען ער לערנט תורה.


אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער, דו וועסט מער נישט אריין קוקן אין צייטונגען וכדומה וועט דיר גוט זיין בזה ובבא .


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#42 - וועט אונזער שלום בית אנהאלטן אויך אין די עלטערע יארן?
שלום בית, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א געטרייער מאן מיט לעכטיגע קינדער, מיר האבן ב"ה א שיין לעבן, איך מוטשע זיך אבער מיט א דמיון וואס שטערט מיר שטארק. איך טראכט אלעמאל אז דאס וואס מיר האבן זיך ליב איז נאר יעצט ווען מיר זענען יונג, אפשר ווען מיר וועלן עלטער ווערן וועט ער מיר שוין נישט דארפן, און מיר וועלן זיך אנהויבן צו קריגן.


איך ווייס אז ס'איז סתם דמיונות און איך דארף נישט טראכטן וואס וועט זיין שפעטער, נאכאלץ שטערט מיר דאס אבער. אפשר קענט איר מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא א מאמר החכם: "הֶעָבָר אַיִן, וְהֶעָתִיד עַדַיִן, וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן, דַאֲגָה מִנַּיִן", וואס איז געווען איז שוין געווען, וואס גייט זיין איז דאך נאך נישט דא און די הוה איז דאך נישט מער ווי איין רגע, איז דאך נישט שייך צו דאגה'נען; ווען א מענטש דאגה'ט העלפט דאס נישט דעם פראבלעם, עס מאכט נאר אז דער מענטש זאל ווערן אפגעשוואכט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לֹא תֵעִיל דַוְיָא בְּלִבְּךָ", זאלסט נישט ארום גיין מיט קיין דאגות, "דְגַבְרֵי גִיבָּרִין קָטַל דַוְיָא", ווייל דאגות האט שוין גע'הרג'עט אסאך גיבורים; ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט קלאר אז דער אייבערשטער איז אלעס - און אלעס איז נאר ער, יעדע זאך וואס פאסירט אויף דער וועלט איז מיט א פונקטליכער חשבון, דעמאלט גייען אוועק אלע דאגות.


אז איר האט יעצט אין אייערע יונגע יארן א גוטע שלום בית וועט איר האבן שפעטער אויף דער עלטער נאך א בעסערע שלום בית; מען קען זען אן עלטערע פאר-פאלק ווי זיי פירן זיך מיט א דרך ארץ איינער מיטן צווייטן, מיט כבוד איינער צום אנדערן, דאס איז נאר ווייל אין זייערע יונגע יארן האבן זיי געארבעט אויף זייער שלום בית; מה שאין כן די אלע וואס קריגן זיך אויף דער עלטער השם ישמרינו, די אלע האבן זיך שוין געקריגט אין אנהייב פון זייער לעבן. איין חילוק איז דא, ווען מען איז יונג קען מען עס באהאלטן וכו', אבער אויף דער עלטער האלטן אלע מיט יעדע ריר וכו'.


אז איר האט יעצט א שיינע לעבן וואס זוכט איר זיך פרעמדע זארג? דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ג, מחיגר): די לבנה האט געזאגט פארן זון ווען די זון האט זיך אפגערעדט אז זי שיינט אויפן בוים וכו': "אז דאס איז דיין זארג, דו זארגסט פרעמדע זארג!" דאס זעלבע זאג איך אייך: "וואס דארפט איר זארגן פרעמדע זארג?" מען דארף לעבן מיטן 'יעצט', מיטן 'הוה'; אז איר האט א שיינע לעבן מיט אייער מאן און קינדער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעטס אויף ווייטער.


שטארקט אייך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, ווייל "עַל-יְדֵי אֱמוּנָה יָבֹא לְבִטָּחוֹן (ספר המידות, אות בטחון, סימן ד)", דורך אמונה קומט מען צו בטחון; און אז איר וועט האבן בטחון וועלן אלע דאגות אוועק פאלן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן ט): "עַל יְדֵי בִּטָּחוֹן אָדָם נִיצוֹל מִדְּאָגָה", ווען א מענטש האט בטחון ווערט ער געראטעוועט פון דאגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - ווי אזוי היילט מען פחדים און פאניק אטאקעס?
רפואה, תפילות אויף אידיש, אמונה, ספרי ברסלב, שמחה, ניגונים, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין פול מיט שרעקעדיגע פחדים שוין א שטיק צייט, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א געוויסע שטארקע פחד וואס איך האב געהאט, און דערנאך באקום איך פאניק אטאקעס פון דעם.


איך ווייס אז עס קומט פון נישט האבן אמונה, דעריבער האב איך אנגעהויבן הערן ניגונים פון אמונה, איך האב אנגעהויבן ליינען "עצתו אמונה", אבער עס העלפט מיר נישט, לעצטנס האבן זיך די פחדים גאר שטארק צושפילט, יעדן טאג פון עפעס אנדערש. איך הויב זיך אן ווארפן פאר פחד, מיין הארץ הויבט אן קלאפן זייער שנעל, און דערנאך זייער שטייט, נישט אויפ'ן ריכטיגן ריטעם, און איך דארף ארבעטן גאר שווער אויף מיר זיך צו בארואיגן. די פחדים גייען נישט אוועק, זיי קומען צוריק יעדן טאג פאר אן אנדערע סיבה.


וואס קען איך טון? איך בין קיינמאל נישט געווען אזוי, ווי אזוי קען איך לעבן א רואיגע לעבן? ווי אזוי קען איך האבן א נארמאלע לעבן אן די שרעקליכע פחדים יעדן טאג? איך וויל פשוט זיין רואיג און פרייליך.


איך שפיר ווי איך ווער דערטראנקען אין פחדים, איך ווער אריינגעשלעפט אין אן ענדלאזער ים פון פחדים און איך זע נישט דעם ברעג ארויס, עס ווערט נאר ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, ווי אזוי קען איך זיך ארויסזען דערפון, ביטע העלפט מיר.


איך שרייב יעצט דעם בריוו אינמיטן די נאכט, איך קען נישט איינשלאפן פון פחד, און איך האף זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן א וועג ארויס פון די פחדים, צו קענען לעבן א רואיגע און געשמאקע פרייליכע לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד אז נאר יעצט ווען דו ווארפסט זיך פאר שרעק און דו קענסט קוים אטעמען, נאר יעצט צינדסטו אן ניגוני אמונה און האסט אנגעהויבן צוריק צו ליינען קונטרסים פון אמונה, א שאד אז דו טוסט דאס נישט אלע דיינע טעג; ווייל נאר אמונה היילט אויס די קרענק פון שרעק, פון ענקזייעטי. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה), אז אמונה איז די היילונג פאר די שרעקליכע פיין.


קאנצעטריר דיך אויף די דריי זאכן וועסטו ווערן אויסגעהיילט:


1)    הער לעבעדיגע אידישע ניגונים, (גוי'אישע ניגונים מאכט ערגער, עס ציט אן די נערווען ה' ישמרינו), ניגונים פון אמונה, ניגונים פון האפענונג.


2)    ליין ספרים פון אמונה; היינט איז דא טויזנטער ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש געשטעלט און געבויט נאר אויף אמונה. מאך זיך א שיעור אין די ספר "אשר בנחל" אין אידיש, לערן יעדן טאג א בריוו, לערן אין א סדר, דאס וועט אויפבויען די אמונה, דאס וועט דיך היילן.


3)    יעדן טאג זאלסטו בעט א תפילה אויף אמונה, דאס האסטו א קליינע תפילה צו זאגן, און לייג צו דיינע אייגענע תפילות:


"רבונו של עולם איך בין אזוי דערשראקן פון גארנישט און פון נישט, עס ציטערט מיר מיין גאנצע קערפער, יעדע מינוט פון א צווייטע שרעק, איך קען נישט אנגיין אזוי, עס כאפט מיר אן א פלוצלונגדיגע פחד, עס ווערט אזוי שטארק אז איך פארליר מיין אטעם, איך שפיר ווי די שלעכטע רוח האט מיך געכאפט, איך קען נישט ווייטער אזוי לעבן.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, אז איך זאל דיך שפירן יעדע רגע, איך זאל געדענקען אז דו ביסט דא, דו טוסט אלעס, איך זאל געדענקען אז איך בין אין דיינע הענט, אזוי ווי א קינד ליגט אין שויס פון די מאמע אן קיין שום זארג, און וואס די קינד דארף באקומט זי פון מאמע.


הייליגער באשעפער איך וויל זיין געזונט, איך וויל זיין רואיג, איך וויל זיין פרייליך, קענען אנגיין מיט מיין סדר היום, שלאפן ביינאכט און טון בייטאג אלע מיינע געברויכן, מאך מיך פרייליך, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות רבינו נחמן בן פיגא ותלמידיו הקדושים, אמן סלה".


א רפואה שלימה.

#40 - פארוואס אן די נייעס בין איך אזוי פרייליך?
פחדים, נייעס, צייטונגען, מאגאזינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג זייער ליב האבן צו אהיימברענגען צייטונגען, צו קענען מיטהאלטן די נייעס פון ארץ ישראל, די מלחמה און נאך, פארשטייט זיך נאר כשר'ע צייטונגען און קיין שלעכטע בילדער, און דאס גלייכן.


איך האב אבער לעצטנס געליינט צוויי בריוו אין עצתו אמונה פון מענטשן וואס האבן אויפגעהערט צו הערן די נייעס און עס איז זיי געווארן גוט אין לעבן, האב איך באשלאסן אז איך ברענג מער נישט אהיים קיין נייעס. איך ווייס נישט וואס האט פאסירט, אבער איך בין געווארן ממש אויסגעלייזט, איך שפיר זיך זייער רואיג און עס איז מיר אלעס גוט, עס פעלט מיר גארנישט, איך בין פרייליך און איך טאנץ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ליינסט מער נישט קיין צייטונגען, דו ברענגסט מער נישט אריין אין שטוב קיין צייטונגען וכדומה. וואלטן מענטשן געוואוסט ווי שיין און זיס די לעבן איז אן ליינען נייעס, ווי רואיג די לעבן איז אן די זאכן - וואלט קיינער נישט אריינגעקוקט אין דעם, ווייל די נייעס ברענגט שרעק, די צייטונגען ארבעטן אויף א וועג צו ציען צו זיך ליינער, דורך מאכן פאניק און שרעק, און דאס לאזט נישט לעבן.


איך האב געטראכט דאס איז וואס חכמינו זכרונם לברכה ברענגען (תורת כהנים, ז), רבי יהושע בן קרחה האט דערציילט: "פַּעַם אַחַת הָיִינוּ יוֹשְׁבִים בֵּין הָאִילָנוֹת", איינמאל זענען מיר געזיצן צווישן די ביימער, "וְנָשְׁבָה הָרוּחַ וְהִטִּיחוּ הֶעָלִים זֶה בָּזֶה", אינמיטן האט א ווינט צעבלאזן די ביימער און די בלעטלעך האבן זיך געשאקלט איינע אויפן צווייטן און ארויסגעגעבן א קול, "עָמַדְנוּ וְרַצְנוּ וְאָמַרְנוּ 'אוֹי לָנוּ שֶׁמָּא יַדְּבִּיקוּנוּ הַפָּרָשִׁים'", מיר זענען אנטלאפן פון פחד אז מען גייט אונז הרג'ענען, "לְאַחַר זְמַן נִפְנִינוּ אַחֲרֵינוּ, וְרָאִינוּ שֶׁאֵין בֶּרְיָה", נאכדעם האבן מיר געזען אז קיינער יאגט נישט און קיינער לויפט אונז נישט נאך, האבן מיר געוויינט אז עס איז מקוים געווארן ביי אונז דאס וואס שטייט "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף"; אזא פנים האבן די וואס ליינען צייטונגען, מען ווערט דערשראקן און צעמישט, מען קען נישט שלאפן פון פחד, בשעת קיינער יאגט נישט און קיינער רודפ'ט נישט.


ביי מיר אין שטוב איז ריין פון די זאכן, נישטא קיין שום צייטונג, מאגאזין, נישט פון די פרומע און נישט פון די חסידי'שע און נישט פון די קנאי'שע; די שטוב איז ריין פון די זאכן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - די מעדעצין קען שאטן פאר'ן קינד?
שלום בית, רפואה, קינדער, מאוויס, אידישע שטוב, שמירת עינים, פחדים, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, און בפרט פאר'ן מאכ'ן מיין גן עדן שטוב פאר מיין געשמאקסטע און אינטרעסאנסטע פלאץ פאר מיר אויף די וועלט, די זכות זאל ביישטיין פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, איך בין זייער פרייליך אז איך האב געטראפן דעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, און איך בענק זיך שוין זייער.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב געהערט זאגן אז צו נעמען "אפידאראל" שאדט פאר'ן נפש פונעם קינד, איז דאס אמת? איז דא א מקור אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן ווערט די שטוב ממש א 'גן עדן', עס ווערט א זיסע פלאץ, מען האט הנאה צו זיין אין שטוב, מען שפירט ווי די שכינה הקדושה איז דארט, דער רבי לערנט אונז אז אין שטוב איז דער אייבערשטער, און מען זאל מכבד זיין די ווייב, רעדן שיין מיט דרך ארץ. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקסג): "אין די צייטן פון אברהם אבינו האט מען גערופן די שכינה הקדושה 'שרה', אין די צייטן פון יצחק אבינו האט מען גערופן די שכינה הקדושה 'רבקה', אין די צייטן פון יעקב אבינו האט מען גערופן די שכינה הקדושה 'רחל און לאה'", און דער רבי פירט אויס: "וכן הוא אצל כל אחד ואחד", און אזוי איז ביי יעדן איינעם, די ווייב איז בחינת שכינה.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש זאגט אין שו"ת ברסלב (חלק מא, מכתב ה' תקמח) אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו נעמען עפידורעל, דאס איז אלעס דמיונות, נעבעך פאר די מענטשן וואס גייען נאך די מדברים וואס שרעקן אן מיט נארישקייטן. די זאך שאט נישט פארן נפש פונעם קינד, ווייסט וואס שאדט פארן קינד? קוקן עבירות, קוקן מאוויס - דאס שאדט פארן קינד, דאס שאדט פארן נפש, רוח און נשמה, פון די מאמע, פון די טאטע און פון די קינד.


אויך כעס שאדט פאר די שטוב, אז מען כעס'ט זיך צעפאלט די שטוב, עס ווערט א חורבן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט כעס'ן, מען זאל מוותר זיין.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - פארוואס פאל איך אלץ טיפער און טיפער?
קדושה, רפואה, קאמפיוטער, מאוויס, דאווענען, תשובה, עצבות, שמירת עינים, פחדים, עבודת השם, משניות, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח אויף אלע שיעורים און חיזוק יומי וואס איך האלט מיט כסדר, איך האב ברוך ה' חתונה געהאט.


אבער לעצטנס, און מיט 'לעצטנס' מיין איך שוין אפאר חדשים, באנוץ איך זיך מיט א קאמפיוטער וואס האט נישט קיין פילטער, און ליידער ליידער קוק איך דארטן שמוץ פון די נידעריגסטע וואס ס'איז פארהאן, איך שעם זיך אפילו דאס אראפצושרייבן, אבער פאר א דאקטער שעמט מען זיך נישט פון גארנישט, ממילא שרייב איך יא.


דאס איז איין זאך, אויסער דעם גיי איך לעצטנס אריבער גאר א שווערע נסיון וואס איך פרוביר זיך ארויסצורייסן פון דעם און עס גייט מיר נישט; איך דארף לויפן אינדערפרי צו די ארבעט אבער איך שטיי אויף שפעט כמעט טאג טעגליך, און איך לויף אהין אן צו דאווענען. איך האב זיך געטראפן אז שוין אסאך צייט האב איך נישט געלייגט קיין תפילין, איך שעם זיך פאר מיר אליין, אבער איך מוז דאס שרייבן ווייל איך דארף א רפואה פאר דעם.


און אזוי גיי איך ווייטער טיפער אראפ, איך האב שוין אויך אויפגעהערט דאווענען מנחה און מעריב, איך האב פשוט נישט קיין נערווען צו שטיין אין שול און דאווענען, ס'טוט מיר זייער זייער וויי אבער אפילו איך געדענק אז איך דארף דאווענען האב איך נישט קיין כח אין יענע מינוט צו גיין דאווענען, און נעכטן האב איך שוין אפילו דערלייגט א טאג אין ספירת העומר.


מיין ווייב ווייסט נישט פון די גאנצע געשיכטע, זי מיינט אז איך בין א צדיק וואס דאוונט און לערנט און איז אפגעהיטן, אבער איך ווייס דאך יא דעם אמת און איך וויין פאר דעם.


איך בעט זייער דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ענטפערן א קלארע תשובה וואס איך זאל טון, ווייל איך קען זיך שוין נישט קיין עצה געבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די צוויי שאלות זענען אנגעהאנגען איינע אין די אנדערע; דאס אז דו קוקסט עבירות רחמנא לצלן - דאס איז וואס נעמט אוועק פון דיר די חשק פון דאווענען און לערנען, און דאס וואס דו דאווענסט נישט און לערנסט נישט, ממילא האסטו נישט די כוחות זיך צו שטארקן אויף די נסיון פון קוקן עבירות.


ערשטנס זאלסטו וויסן אז קוקן עבירות נעמט אוועק פונעם מענטש - נישט נאר זיין אידישקייט, נאר מען ווערט ביים סוף א טאטאלער משוגע'נער, די אלע וואס קוקן ניאוף דארפן נעמען פאר זייער נפש שווערע מעדעצין, די נפש ווערט זיי צעריסן, מען הייבט אן ליידן אויף ענקזייעטי (חרדות), מען לייידט פון דמיונות און פון דעפרעסיע. ווייל דורך פגם הברית רחמנא לצלן פארלירט מען די מח, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו), אלע משוגעים ווערן משוגע פון ניאוף; מען דארף זיין אויף שווערע מעדעצין השם ישמרינו.


קוק וואו דו ביסט אנגעקומען, ביז נישט אנטון די הייליגע תפילין; אלעס פון די קאמפיוטער השם ישמרינו. דאס קוקן מאוויס איז אזוי שלעכט, מען פארלירט אלעס, מען פארלירט די געפיל צו דאווענען, די געפיל צו טאטע מאמע, צו די ווייב און קינדער. דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם בברית, דער וואס קוקט ניאוף רחמנא לצלן "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", דער קען נישט דאווענען, ער שפירט א ביטערע טעם אינעם דאווענען; דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון ביטערע וואסער. דאס קוקן עבירות מאכט דעפרעסט און צעבראכן. דער רבי זאגט (שם): "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", די עבירה ברענגט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און האט נישט קיין געדולד צו דאווענען.


ווארף אוועק די קאמפיוטער, גיי נישט דארט מער, וועסטו צוריק ווערן זיך. יעצט ביסטו נישט זיך, ביסט פארכאפט ביי די קליפות, יעצט ביסטו ביי די שדים, אז דו וועסט אוועק די מאוויס און תשובה טון - וועסטו אנהויבן שפירן א זיסע טעם אין דאווענען. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", א מענטש קען נישט שפירן א טעם אין דאווענען נאר אז ער פאררעכט זיינע פגמי הברית, ער טוט תשובה און ער היט זיך אפ פון שלעכטס.


יעצט ווען דו ביסט נעבעך אזוי פארכאפט אין די מאוויס, האט דער רבי פאר דיר איין עצה, זאלסט נעמען א משניות און גורס זיין אכצן פרקים יעדן טאג, דארפסט נישט דוקא פארשטיין, דער עיקר איז דאס זאגן; בפרט די וואס זענען נעבעך געפאלן אין קוקן עבירות - די האבן נישט קיין מוחין, די מח ווערט אויסגעברענט פון די עבירה השם ישמרינו, איז דער עיקר תיקון זאגן ווערטער פון תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


וועסטו טראכטן, אפשר קען מען טאקע פאררעכטן מענטשן וואס האבן געטון עבירות, אבער די עבירות פון פגם הברית וואס איז אזוי געפערליך אז מען קען זיי נישט מתקן זיין, און "כָּל בָּאֶיהָ", די וואס פאלן אין די עבירות – "לֹא יְשׁוּבוּן" קענען נישט תשובה טון (משלי ב, יט), זאלסטו וויסן אז דעמאלט ווען דער רבי האט געזאגט די שמועס, אז דורך זאגן משניות קען מען ארויסקריכן פון בלאטע, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "אויב מען קען אויך העלפן איינעם וואס איז געפאלן אין פגם הברית רחמנא לצלן", האט דער רבי אויף אים געשריגן: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט זיך מאכן א קביעות צו לערנען 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


עס איז דא נאך עצות, אבער ערשט זאלסטו אנהויבן מיט די עצה, זאלסט זיין זייער שטארק אין דעם, נישט פארפעלן א טאג אן לערנען משניות, און אוועק ווארפן די טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה, וועסטו זען ווי דו באקומסט צוריק די געפיל צום דאווענען און צו זיין א איד.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - ווי אזוי שטארקט מען זיך צו דאנקען און בעטן?
רפואה, תפילה והתבודדות, בושה, תודה והודאה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע שיעור וואס מען האט אויפגעשפילט פאר די פרויען די וואך פרשת כי תשא, איך האב זייער הנאה געהאט דערפון. און יישר כח פאר'ן קלאר מאכן אינעם שיעור וואס עס מיינט התקרבות צו א צדיק.


איך וויל אזוי שטארק רעדן צום אייבערשטן, און עס קומט מיך אן אזוי שווער, קוים וואס איך קום אן צו רעדן א מינוט צום אייבערשטן.


ווען מען האט א צרה איז זייער גרינג צו מאכן התבודדות. ש'כח אייבערשטער אז אלעס גייט מיר אזוי גוט, איך האב אזא שיינע לעבן און קוים קוים וואס איך דאנק דעם אייבערשטן. איך דארף חיזוק אויף דאנקען און בעטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מאכט זיך א באשטימטע צייט, יעדן טאג פאר פינף מינוט, צו רעדן צום אייבערשטן. נעמט א צעטל, שרייבט אויף אלעס אויף וואס איר ווילט זאגן שכוח פארן אייבערשטן, און אויך אלעס וואס איר ווילט אים בעטן, און די פינף מינוט זאלט איר נישט גיין צום טעלעפאן, (לעשט אויס דעם רינגער), און שמועסט זיך אויס אייער הארץ מיטן אייבערשטן פאר די פינף מינוט.


וואס זאל איך אייך זאגן, איר וועט שפירן אזוי גוט. קען זיין אין אנהויב וועט איר ווערן נערוועז, איר וועט זיך נישט שפירן אין פלאץ, איר וועט קוקן אויף די זייגער יעדע פאר סעקונדעס און ווארטן עס זאל שוין אריבערגיין די פינף מינוט, אבער נאך א קליינע קורצע צייט וועט איר שפירן אזוי נאנט צום אייבערשטן, איר וועט ארוסגיין פון אלע עקזייעטיס, אלע שלעכטע בושה, אלע שלעכטע פחדים, דאס לעבן ווערט ווי א זיסע חלום.


טיילט איין די צעטל, אויף איין זייט שרייבט אראפ זאכן פון דאנקען און אויף די צווייטע זייט שרייבט אראפ זאכן פון בעטן, און אזוי זאלט איר זיצן און שמועסן מיטן אייבערשטן, דאנקט אים און לויבט אים, שמועסט מיט אים, בעטס אים אויף שמחה, בעטס אים אויף אמונה און אויף א הייליגע שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - דארף מען א האזעלע צו בארואיגן פון שרעק?
תהלים, אמונה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער אז איך האב געענדיגט תהילים.


איך האב מורא פון אזעקות, די סירענעס וואס פייפן דא אין ארץ ישראל ווען עס קומט צו פליען א באמבע, זענען מיר געגאנגען צו א דאקטער, און דער דאקטער האט געזאגט אז איך זאל גיין צו א מאמע וואס האט א האזעלע.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא איין עצה אויף נישט מורא האבן; חזר'ן אמונה, חזר'ן 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער מאכט אלעס, דער אייבערשטער היט מיך, דער אייבערשטער היט אידישע קינדער'; ווי מער מען חזר'ט אמונה - איז מען מער רואיג, און די שרעק גייט אוועק.


א האזעלע (באני רעביט) וועט נישט העלפן, עס איז לאכעדיג אז די דאקטוירים ווייסן נישט ווי אזוי צו בארואיגן קינדער פון די פייפערייען וואס פייפט ווען עס קומט צו פליען א באמבע, זאגן זיי מען זאל גיין צו א האזעלע; שטותים והבלים, הויבט אן חזר'ן אמונה, הערט ניגונים פון אמונה, זינגט אמונה, זינגט "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער געפינט זיך אויף א יעדע ארט"; דאס וועט אייך בארואיגן, דאס וועט אייך געבן א שטארקקייט נישט צו מורא האבן פון קיין שום זאך אין די וועלט.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - ווי אזוי נעמט מען ארויס פחדים פון שרעקעדיגע חלומות?
אמונה, פחדים, חלומות, מזוזה, גאווה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע עצות און חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז.


אין די לעצטע פאר חדשים בין איך זייער מקפיד צו ליינען יעדע נאכט קריאת שמע של האריז"ל, אבער שוין זייער לאנג צוריק האב איך גע'חלומ'ט ווי די גוי'טע פון גראסערי שיסט אויף מיר, און עטליכע וואכן צוריק האב איך גע'חלומ'ט ווי מיין מאן שטארבט, און נעכטן האב איך נאכאמאל גע'חלומ'ט ווי איינער שיסט אויף מיר.


איך האב אזוי מורא, מיין מאן האט מיר דערציילט אז ער האט זיך גע'חלומ'ט אז ער שטארבט, וואס מיינט דאס?


ווי אזוי נעמט מען ארויס די פחדים? איך קען נישט מער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זאגט, די ערשטע זאך ווען מען האט שרעקעדיגע חלומות זאל מען באקוקן די מזוזות אויב זיי זענען כשר. צווייטנס זאגט מוהרא"ש, עס קען זיין פון אזויפיל טראכטן בייטאג פון שרעקעדיגע זאכן - קומט די שרעקעדיגע חלומות. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נה:): "אין מראין לו לאדם אלא מהרהורי לבו", מען ווייזט נישט אין חלום פארן מענטש נאר דאס וואס ער טראכט בייטאג.


אמאל קומען שרעקעדיגע חלומות פון הימל ווייל מען אביסל צעקלאפן די באהאלטענע גאווה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות גאוה, סימן יט): "מבהילין את האדם בחלומות", מען דערשרעקט א מענטש אין חלום מיט שרעקעדיגע חלומות, "כדי להסיר ממנו גאווה שקועה, שהוא מכוסה ממנו שאינו מכיר בה", אוועק צו נעמען די באהאלטענע גאווה; מען זאל מער טראכטן פונעם אייבערשטן, מען זאל מער דאנקען דעם אייבערשטן; ווי מער מען טראכט פונעם אייבערשטן, ווי מער מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אין לעבן - גייען אוועק די פחדים, מען לעבט א רואיגע לעבן, מען האט נישט קיין פחדים פון גארנישט.


אנשטאט טראכטן פון שטארבן, דארף מען טראכטן פונעם אייבערשטן; מען דארף טראכטן אז דער אייבערשטער איז אזוי גוט, ער מאכט נאר גוטס, אלעס מאכט ער און אלעס טוט ער; דאס בארואיגט, דאס מאכט פרייליך.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - ווי אזוי טרייבט מען ארויס שדים פון הויז?
מחלוקת, שמחה, פחדים, כעס, דירה, שדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט פון מענטשן אין שול אז אין א נייע הויז געפונען זיך שדים, איז דא עפעס וואס איך קען טון צו דעם, זיי ארויסצונעמען פון הויז?


ווען איך זיץ אויפ'ן קאוטש, שפיר איך ווי מיין הויז ציטערט און שאקעלט זיך אביסל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היט זיך פון כעס און מחלוקת, וועלן אלע שדים אנטלויפן פון דיין שטוב, און די שכינה וועט רוען ביי ענק אין שטוב. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה חלק ב', סימן א'): "יֵשׁ שֵׁדִים שֶׁמְּצוּיִים בַּבָּתִּים, שֶׁהֵם מְקַלְקְלִין הַשְּׁלוֹם בַּיִת", עס זענען דא שדים וואס געפינען זיך אין הייזער און זיי מאכן קאליע די שלום בית, "וְעַל יְדֵי זֶה כַּעַס וּקְטָטוֹת בַּבַּיִת", און דורכדעם איז דא כעס און קריגערייען אין שטוב, "וְעִקַּר הַבַּיִת הוּא הָאִשָּׁה", דער עיקר פון די שטוב איז די ווייב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא ב.): "בֵּיתוֹ זוֹ אִשְׁתּוֹ", די ווייב איז די שטוב, "וְעַל כֵּן עַל פִּי רֹב עִקַּר הַקְּטָטוֹת מִמֶּנָּהּ", דעריבער אין מערערע פעלער איז די קריגערייען פון איר, "וְלִפְעָמִים נֶאֱחָזִים בִּשְׁאָר בְּנֵי הַבַּיִת, וְעַל יְדֵי זֶה נַעֲשִׂים הַקְּטָטוֹת וְהַמְּרִיבוֹת", און דורכדעם ווערט אלע קריגערייען, "וְעַל יְדֵי זֶה בָּאִים יִסּוּרִים עַל בְּנֵי הַבַּיִת", און דאס ברענגט יסורים אויף די שטוב. "וְזֶה מְפֹרָשׁ בַּפָּסוּק", דאס איז מרומז אין די ווערטער פונעם פסוק (איוב כא, ט): "בָּתֵּיהֶם", זייערע הייזער, "שָׁלוֹם מִפָּחַד", זענען מיט פרידן פון שרעק, "וְדָרְשׁוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה", און די הייליגע חכמים זאגן (רש"י, שם): "מִפַּחַד, אֵלּוּ שֵׁדִים", דאס מיינט מען די מזיקים, די שדים, "וְזֶהוּ 'שָּׁלוֹם מִפַּחַד'", דאס זאגט אונז דער פסוק, "כִּי הַשָּׁלוֹם הֵפֶךְ הַפַּחַד, שֶׁהֵם הַשֵּׁדִים הַמְקַלְקְלִים הַשָּׁלוֹם, וְזֶהוּ: 'וְלֹא שֵׁבֶט אֱלוֹקַ' וְכוּ', הַיְנוּ הַיִּסּוּרִים", עיין שם.


די שדים ווערן באשאפן פון כעס, אזוי זאגט דער רבי (ספר המדות אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך - איז דער נישט גוטער; היט זיך פון כעס און מחלוקת וועלן אלע שדים אנטלויפן, און די שכינה וועט רוען ביי ענק אין שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - פארוואס גייט מיין ביזנעס אזוי שוואך?
תפילה והתבודדות, פרנסה, פחדים, צדקה, דאגות, געלט, מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס זאל איך טוען אז מיין ביזנעס גייט יעצט אביסל שטייט? איך בין געפערליך נערוועז און אנגעצויגן וועגן געלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס וועט דיר העלפן דאס דאגה'נען, וואס וועסטו האבן פון דאגות? דאגות העלפט נישט, דאגות הרג'עט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לֹא תֵעִיל דַוְיָא בְּלִבְּךָ", זאלסט נישט ארום גיין מיט קיין דאגות, "דְגַבְרֵי גִיבָּרִין קָטַל דַוְיָא", ווייל דאגות האט שוין גע'הרג'עט אסאך גיבורים; ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט קלאר אז דער אייבערשטער איז אלעס - און אלעס איז נאר ער, יעדע זאך וואס פאסירט אויף די וועלט איז מיט א פינקטליכער חשבון, דעמאלט גייען אוועק אלע דאגות.


נעם אריין דעם אייבערשטן אין די ביזנעס וועט די ביזנעס מצליח זיין. די ערשטע זאך, הויב נישט אן טון ביזנעס איידער דו גייסט דאווענען, מען קען נישט מצליח זיין נאר אויב מען דאווענט די דריי תפילות מיט מנין, ביים דאווענען זאלסטו נישט קוקן אין טעלעפאן, נאר קוק אין סידור.


צווייטנס, זאלסט געבן מעשר, און בעט דעם אייבערשטן די צדקה זאל גיין פאר גוטע פלעצער. מען קען געבן צדקה, מען מיינט מען געבט צדקה און עס איז ליידער בכלל נישט קיין צדקה, בעט דעם אייבערשטן דיין צדקה זאל גיין צו אמת'ע צדקה.


האלט אין די אפיס א צדקה פושקע, לייג אריין שטענדיג צדקה - וועט זיין גרויס הצלחה.


ועל כולם זאלסטו יעדן טאג גיין א שפאציר זיך מתבודד זיין, רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד. בעט אים דו זאלסט זיך נישט לאזן נארן, דו זאלסט געדענקען אז די וועלט איז נאר אן איבערגאנג צו די אמת'ע וועלט, צו די אייביגע וועלט, דו זאלסט קענען אריינכאפן גוטע זאכן, דאווענען און לערנען, און טון מצוות און מעשים טובים.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - דארף מען זיך דערשרעקן אז א נפטר נעמט ארום אין חלום?
פחדים, חלומות, צדקה, נשמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב וויל זייער איך זאל פרעגן איבער דעם וואס זי האט געהאט א חלום ווי אונזער זיידע וואס איז שוין נפטר נעמט איר ארום, און זי וויל וויסן אויב עס מיינט עפעס, צי זי דארף זיין דערשראקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זאג פאר דיין ווייב זי זאל נישט זארגן, זי זאל געבן צדקה לעילוי נשמת דעם זיידן. אויבן אין הימל ווארטן די נשמות זייער שטארק אז מען זאל טון עפעס גוטס פאר זייער נשמה, און אז מען לייגט אריין א פרוטה אין פושקע לעילוי נשמת א זיידע אדער באבע - ווערט זיי זייער גוט.


ווער רעדט נאך אויב מען געבט די פרוטות צדקה פארן צדיק אמת, פארן רבינ'ס זאך, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים וכדומה - איז דאס זייער א גרויסע תיקון פאר די נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - פארוואס האב איך נישט זוכה געווען אנצוקומען קיין אומאן?
אומאן, התחזקות, סיפורי צדיקים, ראש השנה, ספרי ברסלב, ספיקות, פחדים, בלבולים, רמזים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער שטארק געוואלט און פרובירט אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, אבער ליידער בין איך נישט אנקומען.


איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך ווייס נישט וואס איך דארף פאררעכטן, איך ווייס נישט וואו אנצוהויבן, איך האב געשפירט אז איך בין אזא גרויסער בעל עבירה אז אפילו דער רבי וויל נישט איך זאל קומען צו אים. איך ציטער וואסערע סארט יאר איך וועל האבן דאס יאר.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מחזק זיין, איך זאל וויסן ווי אזוי צו טראכטן, וואס איך קען זיך מקבל זיין, מיט וואס איך דארף זיך פארבעסערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק יארן צוריק ווען א גאנצע חבורה אנשי שלומינו זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס, זיי זענען נישט אנגעקומען קיין אומאן, און זיי זענען געווען זייער צעבראכן אז זיי האבן נישט געקענט אנקומען צום רבינ'ס ראש השנה, האט מוהרא"ש דעמאלט זיי געזאגט: "ענק זענען אלע געווען ביים רבי'ן; ווייל אז מען וויל קומען, מען טוט אלעס צו קומען און מען איז אפגעשטעלט געווארן, מען האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו קומען - איז דאס גערעכנט אזוי ווי מען איז געווען אין אומאן".


צעקלאפ זיך נישט, נעם נישט ארויס פון דעם קיין שלעכטע רמזים כאילו דער רבי דארף דיך נישט, דער רבי דארף דיך יא, דער רבי זארגט פאר דיר, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג", וואס זארגט איר? "מֵאַחַר שֶׁאֲנִי הוֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם", אז איך גיי פאר אייך, איך בין אייך מתקן; עיין שם.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך צובינדן צום רבי'ן מיטן לערנען דעם רבינ'ס ספרים. מאך זיך א שיעור אין ספר ליקוטי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווערט מען צוגעבינדן צום רבי'ן און מען ווערט א גרויסער צדיק, און בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פונעם יאר אז דו זאלסט זוכה זיין צו קענען זיין דעם קומענדיגן יאר ראש השנה ביים רבי'ן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#30 - פארוואס האב איך מורא פון ראש השנה?
ראש השנה, שמחה, פחדים, עבודת השם, ימים נוראים, יראת שמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח הייליגער באשעפער פאר מיין שיינע לעבן. היינט איז מען ממשיך די שולע, ש'כח אייבערשטער עס איז זייער געשמאק.


וואס זאל איך טון אז איך האב זייער מורא פון ראש השנה? איך האב מורא וואס דער אייבערשטער גייט שרייבן אויף אונז, איך בעט אזוי שטארק דעם אייבערשטן אויף א גוטע יאר, נאכאלץ האב איך אבער מורא וואס גייט זיין, איך וועל זיך פרייען צו באקומען אן ענטפער, א גרויסן יישר כח.


תלמידה בית פיגא ירושלים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אזוי דארף צו זיין ביי יעדן איד, ווען עס קומען די הייליגע טעג דארף אנכאפן א פחד 'וואס גייט מען מיר דן זיין דעם יום הדין?' מען דארף זיך אנגרייטן מיט זאגן תהילים, מיט טון חסד מיט אנדערע און פאררעכטן וואס מען דארף פאררעכטן, אבער אין די זעלבע צייט - אינאיינעם מיט די פחד - דארף מען זיך זייער פרייען מיט די גוטע זאכן וואס מיר טוען, מיט די מצוות און מיט די אמונה וואס מיר האבן, און טראכטן אז דער אייבערשטער וועט אונז זיכער אנשרייבן א גוט געבענטשטע יאר.


מען דארף דינען דעם אייבערשטן מיט יראה און מיט אהבה, מיט פארכט און מיט ליבשאפט, עס מוז גיין ביידע אינאיינעם. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק א, הלכה ג') דער סדר אין די וועלט איז, א מענטש וואס האט א משפט טוט זיך אן שווארץ און לאזט זיך וואקסן זיינע האר, ער גייט צום משפט טרויעריגערהייט, ער ווייסט נישט וואס מען וועט אים משפט'ן, "אבל ישראל אינן כן", אבער אידישע קינדער - ווען עס קומט ראש השנה - טוען נישט אזוי, "אלא לובשים לבנים", זיי טוען זיך אן שיינע ווייסע קליידער, מען שערט זיך אפ די האר, מען עסט און מען טרינקט מיט גרויס פרייד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#29 - וועט טערקיי אייננעמען ארץ ישראל?
תפילה והתבודדות, שמחה, ניגונים, פחדים, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז באקומען הילף, איך בין אזוי דערשראקן, איך קען גארנישט טון פון פחד. היינט אינדערפרי האט מיין מאמע מיר געזאגט אז טערקיי פלאנט אריינצוגיין אין ארץ ישראל און אייננעמען ארץ ישראל.


איך האב זיך אזוי דערשראקן, איך פיל זיך ווי אין א חלום, א שרעקעדיגע בייסיגע חלום, היינטיגע צייטן צו הערן אזעלכע שרעקעדיגע זאכן, איך פיל ווי איך קען עס נישט נעמען, איך וויל אנטלויפן צו איך ווייס נישט וואו, דא האב איך מורא צו בלייבן.


איך האב נישט צו וועמען צו גיין, איך קום בעטן אן עצה איך זאל ווייטער קענען אנגיין, איך פיל ווי עס גייט זיך איבעררייסן, איך קען שוין נישט נעמען מער די מצב.


איך ציטער, איך האב מורא, דער ראש ישיבה שליט"א מוז מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ג תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


טערקיי איז ישמעאל, און ישמעאל איז תפילה, אזוי ווי עס שטייט (בראשית טז, יא): "וְקָרָאת שְׁמוֹ יִשְׁמָעֵאל כִּי שָׁמַע ה'" וגו', זאלסט רופן דעם קינד מיטן נאמען 'ישמעאל', ווייל דער אייבערשטער האט אויסגעהערט דיין קול; און ארץ ישראל איז אמונה, אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קנה): "ארץ ישראל הוא בחינת אמונה", אזוי ווי עס שטייט (תהילים לז, ג): "שְׁכָן אֶרֶץ וּרְעֵה אֱמוּנָה", און די הייליגע חכמים זאגן (כתובות קי:): "כל הדר בארץ ישראל דומה כמי שיש לו אלוק"; דאס איז די נייעס, ישמעאל נעמט איין ארץ ישראל; מיט תפילה איז מען זוכה צו אמונה, און משיח צדקינו וועט אייננעמען די וועלט מיט די חרב התפילה.


זינגט לעבעדיגע און פרייליכע ניגונים - וועט איר אויפהערן מורא צו האבן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, סימן יא): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס האט שרעק - זאל זינגען פרייליכע ניגונים.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - די פחד איז דא זייער גרויס, זאלן מיר זיך אוועקציען?
תהלים, קינדער, שמחה, פחדים, ארץ ישראל, מלחמה, מוזיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז דער מצב מלחמה דא אין ארץ ישראל איז יעצט בחסד וברחמים, איך בעט אבער דעם אייבערשטן אז עס זאל אויך נישט זיין קיין שרעק. איך בין א מאמע פון קליינע קינדער קע"ה, און ווען עס פלאצט באמבעס, עס ברעכן אויס גרויסע פייערס, עס פליען מיליטערישע עראפלאנען, ספעציעל אום ערב שבת ויום טוב און אום יום טוב, און אין נאך פארשידענע צייטן, פיל איך זיך ווי אן אנדערע סארט מענטש; מיין געדולד און שמחה איז היבש שוואכער, איך עס ווייניגער, איך האב נישט קיין אפעטיט, איך וויל זאכן ווייניגער, און איך האב א לחץ פון וואס עס קען ווייטער פאסירן.


די ניסים איז אין לשער, אבער פסח זענען געפאלן אסאך באמבעס; די טעג ארום ל"ג בעומר, און שבועות צופרי, האט געפיפן עטליכע סיירינען, און אסאך שרעקעדיגע באמבעס. מיין קליינער אינגל קוקט מיר אן און וויינט, מיין קליינע טאכטער איז נישט רואיג. אסרו חג האט געפיפן זיבן מאל אין איין שעה, מיט שטארקע באמבעס; און מיינע  קינדער זענען דעמאלט געווען אונטערוועגנס אין שטאט.


איך שפיר אז איך בין נישט די זעלבע ווי אמאל, בפרט נאך לעכט צינדן און שבת נאכמיטאג, וואס דעמאלט ווער איך זייער נערוועז.


וואס קען איך טון? איך שטארק זיך מיט תפילה, מיט נעגל וואסער, מיט אני מאמין, און מיט תהילים, אבער איך טראכט שוין אז אפשר איז כדאי זיך אוועקצוציען צו אן אנדערע שטאט, מען רעדט אז די מלחמה וועט זיך ציען פאר דריי יאר רחמנא ליצלן.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישטא וואו צו אנטלויפן, נאר צום אייבערשטן און צו די תורה. טוט די עצה וואס די פייגל האט געטון; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שמות רבה כז, ג): עס איז געווען א פייגל וואס מען האט איר געזוכט צו כאפן, וואו זי איז נאר געגאנגען - איז מען איר נאכגעלאפן, זי האט זיך באהאלטן אין אלע סארט פלעצער, אבער איבעראל זענען געקומען די פאנגערס איר טשעפען, איז די פייגל אויפגעקומען מיט א געדאנק: 'איך וועל זיך באהאלטן אינעם פאלאץ פונעם קעניג, ווייל דארט וועט קיינער זיך נישט טרויען צו קומען שיסן אויף מיר'.


נעמט דעם תהלים און זינגט די לידער פון דוד המלך, ווי ער זינגט צו זיך (תהילים סא, ה): "אֶחֱסֶה בְסֵתֶר כְּנָפֶיךָ סֶּלָה" איך טו זיך באהאלטן אונטער דיינע פליגלען; דוד המלך האבן אלע געוואלט הרג'ענען, מען האט געשאסן אויף אים אלע סארט באמבעס, דוד המלך האט זיך באהאלטן ביים אייבערשטן (שם יח, ג): "ה' סַלְעִי" דער אייבערשטער איז מיין פעלז, "וּמְצוּדָתִי" און מיין פעסטונג, "וּמְפַלְטִי" און מיין רעטער, "אֵלִי" דער אייבערשטער, "צוּרִי" איז מיין פעלז, "אֶחֱסֶה בּוֹ" איך טו זיך ביי אים באשיצן, "מָגִנִּי" מיין פּאַנצער, "וְקֶרֶן יִשְׁעִי, מִשְׂגַּבִּי" און מיין שטארקער באשיצער.


עס איז זייער וויכטיג עס זאל שפילן הויך פרייליכע ניגונים אין שטוב, בעיקר ניגוני אמונה, דאס וועט האלטן די קינדער רואיג. אזוי ווי די קולות פון די ערעפלאנען און באמבעס - דערשרעקן, אזוי איז פארקערט, פרייליכע לידער פון אמונה – בארואיגן; עס געבט כח און נעמט אוועק אלע שרעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - ווי אזוי נעמט מען ארויס די פחד פון אן עלעוועיטאר פון א קינד?
רפואה, קינדער, פחדים, השגחה פרטית, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין איינמאל געבליבן שטעקן אין אן עלעוועיטאר מיט מיין פינף יעריגע טאכטערל, און זייט דעמאלט איז זי געבליבן מיט א פחד פון אן עלעוועיטאר און זי וויל נישט אריינגיין אין אן עלעוועיטאר; ווי אזוי קען מען ארויסנעמען פון איר די פחד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גרינגסטע וועג ארויסצונעמען אזעלכע פחדים איז דורך רעדן אסאך פון אמונה, פשוט'ע ווערטער; רעד מיט דיינע קינדער: "דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, עס קען נישט פאסירן קיין שלעכטס פארן מענטש נאר אויב מען זאגט אזוי אין הימל, מען קען נישט כאפן א קלאפ אין פינגער נאר אז מען האט אזוי אויסגערופן אין הימל", אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (חולין ז.): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה"; דאס נעמט אוועק אלע פחדים, מען לעבט רואיג און זיכער.


קלוגע עלטערן ווארטן נישט אויף א בראך און נאכן בראך הויבט מען אן רעדן פון אמונה, נאר ווען מען קען נאר - רעדט מען מיט די קינדער פון אמונה. ווען עס איז דא א שמועס דרייט מען אריין מיט חכמה – אמונה; אז דער אייבערשטער איז אלעס, נאר ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, ער איז איבעראל; אזוי, אויב עפעס פאסירט - איז מען שוין אנגעגרייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - ווי אזוי בארואיג איך מיין ווייב פון אירע פחדים?
שלום בית, תהלים, סגולות, פחדים, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר עטליכע חדשים צוריק איז פארשוואונדען געווארן א קליין מיידל דא אין שטאט, און ביז יעצט ווייסט מען נאכנישט וואו זי איז. און זייט דעמאלט האט מיין ווייב ממש מורא ארויסצוגיין פון הויז, אפשר וועט זי אויך ערגעץ וואו פארשוואונדען ווערן. זי האלט מיר אין איין פרעגן אויב עס זענען דא שדים און רוחות.


זי לעבט ממש מיט געפערליכע פחדים, ווען זי האט געדארפט עפעס ארויפברענגען פון אונטן, איז זי צוריק געקומען ממש ווייס און דערשראקן, מורא האבנדיג אז די רוחות וועלן איר פארכאפן.


וואס קען איך איר זאגן? ווי אזוי קען איך איר בארואיגן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע מען זאל מקפיד זיין ביי דיר אין שטוב זיך צו וואשן אינדערפרי גלייך ווען מען שטייט אויף - נעגל וואסער; דאס פארטרייבט די קליפות פון שטוב.


אויך זאל דיין ווייב זאגן יעדן טאג תהילים, ובעיקר זאל זי זאגן שבת תהילים; זאגן תהילים נעמט אוועק אלע בייזע רוחות. אזוי ווי מיר געפינען, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שוחר טוב א, ח) דוד המלך האט געבעטן דעם אייבערשטן, ווער עס זאגט תהילים זאל דאס זיין חשוב אזוי ווי מען לערנט מסכת נגעים און מסכת אהלות; וואס עפעס די צוויי מסכתות? ווייל ווען מען זאגט תהילים נעמט מען אראפ פון זיך אלע קרעץ, און אלע טומאות, אלע רוחות - גייען אוועק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - וואס קען מען טון פאר שרעקעדיגע חלומות?
פחדים, חלומות, מזוזה, ארץ ישראל, נייעס, מלחמה, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער נישט אויף חלומ'ען שרעקעדיגע חלומות, ווי אראבערס הרג'ענען מיך, און זיי לויפן מיר נאך און פארכאפן מיר. יעדע שלאף א פרישע חלום. וואס קען מען טון פאר שרעקעדיגע חלומות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלעכטע חלומות קומען בדרך כלל אדער ווייל די מזוזות אין שטוב זענען נישט גוט, אדער ווען מען ליינט נישט קריאת שמע; דעריבער זאלסטו באקוקן די מזוזות פון שטוב און זען עס זאל זיין כשר, און אויך מקפיד זיין צו ליינען קריאת שמע דווקא אין א קריאת שמע ליינער בכוונה און מיט די פירוש המילות, אזוי וועסטו מער קיינמאל נישט חלומ'ען שלעכטע חלומות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נו.) וואס מען טראכט בייטאג - דאס חלומ'ט מען ביינאכט; יעצט ווען מען הערט די נייעס ווי די רוצחים, די פארציקנדע וועלף, די אראבער ימח שמם וזכרם - הרג'ענען אידן מיט די ערגסטע מיתות, און מען טראכט א גאנצן טאג פון דעם - דאס מאכט מען זאל זיך חלומ'ען ביינאכט פון דעם; דעריבער זאלסטו זיך נישט צוהערן צו קיין נייעס, און דו זאלסט חזר'ן אמונה אז דער אייבערשטער היט אונז, הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - פעלט אויס צו נעמען א באגלייטער אין שפיטאל פאר א שמחה?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, חסידות ברסלב, אמונה, צדיקים, תודה והודאה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך זייער באדאנקען פון טיפן הארצן פאר די הערליכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אזוי שיין, מיט אבנארמאלע כוחות.


די עצות פון רבי'ן באשיינען מיין נייע חתונה געהאטע לעבן אויף א פארנעם וואס מען קען נישט באשרייבן. איך קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי אזוי איך וואלט זיך באגאנגען אן דעם.


איך וואלט געוואלט וויסן דעם ראש ישיבה'ס מיינונג אויף די פאלגענדע:


ברוך ה' אז מיר ווארטן אונזער ערשטע קינד בשעה טובה ומצלחת, איך בין אבער נישט רואיג מיט דעם וואס איך האב זיך איינגעשריבן פאר קלאסן וואס העלפן זיך צוגרייטן צו די שמחה, און גענומען די זעלבע פרוי זי זאל זיין מיין באגלייטער אין שפיטאל, כאטש וואס איך האב געהערט נאר גוטע אינפארמאציע אויף איר. איך פיל אז איך וויל גיין נאר מיט'ן אייבערשטן, ברוך ה' אז דער אייבערשטער האט אלעס געפירט אזוי גוט און פיין ביז אהער, און איך ווייס ער וועט מיר העלפן אויך ווייטער, איין מאל איך מיש דא אריין א פרעמדע, פיל איך ווי זאכן טוישן זיך.


איך טראכט אז איך זאל ענדערש דאס אפלאזן, און צוריק נעמען דאס געלט און עס נוצן אויף זיך צו גיין אפרוען אויף נאכדעם. איז דאס ריכטיג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק. איר שרייבט אינעם בריוו, איר ווייסט נישט ווי אזוי איר וואלט געקענט לעבן אנעם רבי'ן, דער ענטפער איז, מען קען טאקע נישט לעבן אנעם צדיק; מען לעבט א פארלאשענעם לעבן, אן טעם, אן חיות, פול מיט צער און ווייטאג, און דער צדיק, דער הייליגער רבי - געבט א טעם אין לעבן, מען שפירט א זיסקייט יעדע רגע אינעם לעבן.


בנוגע וכו'; עס פעלט טאקע נישט אויס, דאס גרינגסטע איז ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן. דאס גאנצע לעבן ווערט גרינגער ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן, און זיכער ווען מען גייט צום געבוירן - איז דאס פונעם אייבערשטן אליינס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): "שלשה מפתחות בידו של הקדוש ברוך הוא שלא נמסרו ביד שליח", איינע פון די שליסלען איז דער שליסל פון געבוירן.


ענדערש נעמט די געלט און גייט זיך אפרוען נאכן האבן דאס קינד, ווי איידער אויסגעבן געלט פאר זיך לערנען ווי וכו'; מען ווערט דארט גארנישט קלוגער, מען ווערט נאר מער דערשראקן.


פון ווען איר גייט אריין אין שפיטאל זאלט איר זיך אונטער זינגען: "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט", דאס איז מסוגל פאר א גרינגע געבורט. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), מזמור לתודה איז מסוגל להולדה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - איך האב מורא צו פארן ל"ג בעומר קיין מירון, וואס טו איך?
קינדער, פחדים, מירון, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל פארן דאס יאר ל"ג בעומר קיין מירון. איך בין געווען דארט צוויי יאר צוריק בשעת די שרעקליכע אומגליק רחמנא ליצלן, און זייט דעמאלט איז מיר שווער צו פארן, אבער איך בענק זיך שוין צום רבי שמעון אין דעם גרויסן טאג. אויך איז מיר שווער צו לאזן מיין מאן פארן, איך האב מורא מען זאל זיך שטופן דארט און עס זאל נישט צוקומען צו א סכנה חס ושלום.


וואס זאל איך טון, זאל איך מתגבר זיין אויף דעם? אפשר זאל איך פארן ענדערש אין א רואיגע צייט? זאל איך לאזן מיין מאן פארן? איך וועל זיך פרייען באקומען אן ענטפער.


איך בעט אסאך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט. אויך בעט איך א ברכה פאר קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ל"ג בעומר אין מירון איז די הילולא [חתונה] פון רבי שמעון בר יוחאי, עס ווערט פרייליך אין אלע עולמות. דער אר"י הקדוש פלעגט קומען צו פארן מיט די גאנצע משפחה קיין מירון צו זיין דארט ל"ג בעומר (פרי עץ חיים שער ספירת העומר, פרק ז).


מען דארף זיך נישט שטופן, מען קען זיצן אין א שטילע ווינקל און דארט בעטן. מוהרא"ש פלעגט אלע יארן קומען ל"ג בעומר קיין מירון, אבער ער איז נישט אריין אין די מערה, ער האט מתפלל געווען אינדרויסן. מוהרא"ש זאגט, די גאנצע בארג פון מירון איז ליכטיג און הייליג.


דאס איז דער לשון וואס מוהרא"ש שרייבט (שו"ת ברסלב חלק ב', מכתב רלה): "בְּמֶשֶׁךְ כָּל הָעֶשְׂרִים וְאַרְבַּע שָׁעוֹת שֶׁל לַ"ג בָּעֹמֶר", אין די גאנצע פיר און צוואנציג שעה פון ל"ג בעומר, "כָּל הָהָר כֻּלּוֹ הוּא מְקֻדָּשׁ", איז די גאנצע בארג פון מירון געהייליגט, "וְהַשִּׂמְחָה וְהָאוֹר מְאִירִים בְּכָל הָהָר הַקָּדוֹשׁ הַזֶּה", עס שיינט א ליכט און מען שפירט א שמחה אויפן גאנצן בארג. "אֵיפֹה שֶׁאָדָם יַעֲמֹד אוֹ יֵשֵׁב", וואו מען זאל נאר שטיין און וואו מען זאל נאר זיצן, "יָכוֹל שָׁם לִבְכּוֹת וּלְבַקֵּשׁ עַל נַפְשׁוֹ", קען מען זיך גוט אויסוויינען און אויסבעטן, "וִיקַבֵּל אֶת כָּל מְבֻקָּשׁוֹ", און מען וועט באקומען אלעס וואס מען דארף און אלעס וואס מען בעט.


איר דארפט נישט מורא האבן פון גיין קיין מירון, איר קענט גיין ל"ג בעומר און אויך אייער מאן קען גיין, עס איז כדאי צו זיין אין מירון אפילו פאר א שעה. אין מירון ל"ג בעומר באקומט יעדער א מתנה פון רבי שמעון, דער הייליגער תנא רבי שמעון טיילט מתנות פאר יעדן איינעם.


בפרט ווער עס ווארט אויף קינדער; ווער עס וויל געהאלפן ווערן מיט קינדער - זאל גיין קיין מירון זיך אויסגיסן דאס הארץ, וועט ער געהאלפן ווערן מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#22 - ווי אזוי רעד איך צו די קינדער איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע?
התחזקות, חינוך הילדים, קינדער, אמונה, טערעפי, פחדים, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכי' צו פירן א תלמוד תורה, און איך וויל פרעגן אן עצה איבער די לעצטיגע שרעקליכע טעראר אטאקע וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין ירושלים, ווי דריי אידישע קרבנות זענען ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז, ה' ינקום דמם. די קינדער זענען זייער צעשוידערט פון די שרעקליכע מעשה, עס איז זייער שווער פאר זיי דאס צו פארנעמען, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מייעץ זיין ווי אזוי און וויפיל צו רעדן מיט אים דערוועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל מער נישט הערן קיין שלעכטע בשורות, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, ל"ז שובבי"ם, כ"ג שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מנהל אין א תלמוד תורה. זיין א מנהל אין א תלמוד תורה איז זייער חשוב, דער מנהל איז נוטל שכר כנגד כולם ווייל ער איז מחזק די מלמדים מיט די קינדער, ער זעט אלעס זאל זיך פירן ווי עס דארף צו זיין; אלעס וואס די מלמדים לערנען מיט אידישע קינדער, תורה ויראת שמים.


רעד צו די קינדער אסאך פון אמונה און פון גן עדן, אזוי וועלן זיי נישט ווערן דערשראקן. אז די קינדער פרעגן און אינטערעסירן זיך נאך א טראגעדיע: 'וואס איז געשען?' זיי פרעגן כל מיני קשיות: 'וואו איז דער קינד וואס איז געשטארבן?' 'וואס איז יעצט מיט אים?' די אלע סארט קשיות וואס קינדער פרעגן - זאלסטו נישט באהאלטן, נאר זאגן: "א איד האט צוויי וועלטן, די וועלט און יענע וועלט, און ווען מען גייט אוועק פון די וועלט - גייט מען אין גן עדן, און ווי גוט און ווי שיין איז פאר אידישע קינדער וואס האבן געהיטן די תורה - אויבן אין הימל, די נשמה גייט אין גן עדן און האט דארט אלע גוטע זאכן"; רעד מיט באק ציין, אזוי וועלן זיי ווערן רואיג.


נאר אמונה בארואיגט, די אלע אנדערע מעטאדן וואס קומען פון די אומות העולם - איז אלעס פאנטאזיעס און עס בארואיגט נישט. נעבעך פאר די וואס גייען צו מענטשן וואס פאררופן זיך העלפערס, אדער נעמען די קינדער צו טיפולים וכדומה, מען ווערט דארט מער צעדרייט. דער בשר ודם זאגט: "יעצט אטעם אריין און יעצט אטעם ארויס", "יעצט פרוביר צו טראכטן פון די שרעק", און "יעצט טראכט ווי די שרעק נעמט דיך אינגאנצן איבער", "יעצט שריי" וכדומה; די זאכן איז פאר אומות העולם, אידישע קינדער האבן אמונה, אידישע קינדער האבן נאך א וועלט, איז נישטא וואס צו זיין דערשראקן.


אזוי פלעגט דער הייליגער רבי טון ווען עס זענען געקומען צו אים מענטשן וואס זענען געווען זייער נישט געזונט, פלעגט דער רבי זיי זאגן זיי זאלן זיך נישט זארגן פון שטארבן (חיי מוהר"ן, סימן תמה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג מִן הַמִּיתָה?", וואס זארגט איר זיך פון שטארבן? "הֲלֹא שָׁם הוּא עוֹלָם נָאֶה בְּיוֹתֵר מִכָּאן", אויבן אין הימל איז פיל א שענערע וועלט ווי דא.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש, זיי מחזק די מלמדים. דער עיקר ארבעט פונעם מנהל דארף זיין געבן יעדן טאג א גוט ווארט פאר יעדן מלמד באזונדער, נישט נאר ווען עס איז דא עפעס צו קריטיקירן דעמאלט נעמט מען אפיר דעם מלמד, נאר יעדן טאג געבן א גוט ווארט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין"; מען דארף מחזק זיין די וואס געבן חיזוק; די מלמדים ארבעטן ביטער שווער, דארף מען זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#21 - פארוואס האט מיר אנגעכאפט אזעלכע שרעקליכע פחדים?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, אידישע שטוב, טעלעפאן, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין לעבן איז מיר זייער זייער גוט ברוך ה'.


איך האב געקוקט זייער א שרעקעדיג זאך, ווי א גוי האט אויפגעשניטן פיר מענטשן, אלע פון 20 יאר. זיי זאגן אז ער איז געווען אין די הויז נאך פאר די פיר זענען אהיימגעקומען. און יעצט ציטער איך אז ווען איך גיי ארויס פון הויז, גייט איינער אריין.


יעדע גערודער וואס איך הער, קלאפט מיין הארץ געפערליך שטארק, איך שאקל זיך פאר שרעק. איך טראכט אלע שרעקעדיגע זאכן אז קודם גיי איך זעהן ווי מען הרג'ט די בעיבי, נאכדעם מיין מאן חס ושלום, נאכדעם גייט מען מיך לאזן לעבן. איך טראכט אז איינער גייט הרג'ענען מיין טאטע און מאמע חס ושלום. איך ווייס נישט פון וואו די אלע פחדים זענען ארויסגעקומען פלוצלונג. איך האב זייער שטארק מורא פון די געגנט וואו מיר וואוינען. נעכטן ביינאכט בין איך איינגעשלאפן פינף אזייגער פארטאגס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קוקט נישט קיין מאוויס - וועט איר נישט האבן מער קיין פחדים; אלע אייערע צרות קומט פון קוקן מאוויס, דאס מאכט אייך פארגלאצט און פאר'חלומ'ט מיט די שטותים וואס איר האט געקוקט.


ווארפט ארויס אייער טעלעפאן. דער טעלעפאן איז אייער שונא, די מאוויס איז אייער פיינט, דאס הרג'עט אייך. אז איר וועט מער נישט קוקן קיין מאוויס - וועט איר מער נישט האבן קיין פחדים, איר וועט קענען שלאפן ביינאכט.


אויך וועט איר זיין א גוטע ווייב און א געטרייע מאמע פאר די קינדער. אז מען קוקט מאוויס ווערט מען אויס מאמע און אויס ווייב; נישטא קיין נאכטמאל, נישטא עפעס ווארעמס אריינצונעמען אין מויל, נאכדעם איז מער נישטא קיין פרישע וועש און די גאנצע הויז ווערט צעפאלן.


הערט זיך צו, פאלגט וואס שטייט אינעם בריוו, אז נישט וועט איר ווערן א מענטל-קעיס. ווייל אלע וואס ליידן פון פחדים, ענקזייעטי, פאניק אטאקעס וכו' וכו' - אלעס קומט פון זיך מפקיר זיין די אויגן; נאר דער וואס היט די אויגן - לעבט א זיסע רואיגע האניג'דיג לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#20 - ווי אזוי רעד איך צו מיין אינגל וואס זיין חבר איז נפטר געווארן?
חינוך הילדים, קינדער, פחדים, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נעכטן האב איך באקומען א מודעה פון די הנהלה פון די תלמוד תורה וואו מיין זון לערנט איבער א שרעקליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט, א קינד פון מיין קינד'ס קלאס איז ליידער פלוצלינג נפטר געווארן רחמנא ליצלן.


מיין זון איז אכט יאר אלט, און ער איז געווען א נאנטער חבר מיט דעם נפטר, להבדיל בין חיים לחיים.


וואס און ווי אזוי איז די ריכטיגע וועג צו רעדן צו מיין אינגל איבער דעם, און אים ערקלערן די מעשה אויף א וועג אז ער זאל נישט בלייבן מיט שרעקעדיגע קאשמארן פון דעם? און וואס קען ער טון א טובה פאר די נשמה פון דעם נפטר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב צו פארשטיין דיין קינד אז זיין חבר איז אין גן עדן, ער לערנט יעצט תורה אויבן אין הימל. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אותיות דרבי עקיבא נוסח א, אות א): "בכל יום ויום יושב מט"ט בשמי מרום, וכונס את כל הנשמות של תינוקות של בית רבן שמתו על חומשי תורה, ומביא אותן תחת כסא הכבוד ומלמדן תורה", עיין שם. דער מלאך מט"ט נעמט צוזאם אלע נשמות פון קינדער וואס זענען געשטארבן יונג - און לערנט מיט זיי תורה.


ווען דיין קינד וועט דיך פרעגן: "טאטי, וואו איז מיין חבר?" זאלסטו אים זאגן: "אידישע קינדער, ווען מען גייט אוועק פון די וועלט, אויב מען איז געווען ערליך - גייט מען אין גן עדן; דארט אז זייער גוט, זיין נשמה איז אין הימל און לערנט תורה מיט די מלאכים"; דאס וועט אים בארואיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - איך ציטער איך וועל דורכפאלן, ווי אזוי קען איך גיין שלאפן?
אומאן, התחזקות, קדושה, ראש השנה, צדיקים, שמחה, פחדים, מחשבות, נעגל וואסער, קריאת שמע, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן מיר ברענגען קיין אומאן אויף ראש השנה, עס איז געווען ברוך ה' זייער א שיינע ראש השנה.


איך האב א פראבלעם וואס מוטשעט מיר שוין א שטיק צייט. אין זכות פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א בין איך ברוך ה' ארויס פון שמוץ, איך האב זיך אפגעלאזט פון שלעכטע זאכן, פון פגם הברית רחמנא ליצלן, אבער איך פאל נאכאלץ דורך צומאל ביינאכט מיט מקרה לילה רחמנא ליצלן.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן עס זאל נישט געשען, איך היט זיך די אויגן וויפיל איך קען, און איך פרוביר צו היטן מיינע מחשבות און געדאנקען, אבער נאכאלץ פאל איך אראפ.


דאס ערגסטע איז אבער געווען ביי מיר ווען איך בין אראפגעפאלן אום ראש השנה ביינאכט, איך בין געווארן זייער צעשוידערט און דערשראקן פון דעם, איך בין גלייך געלאפן אין מקוה און געלאפן צום ציון און געזאגט די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי, אבער זייט דעמאלט האט מיר אנגעכאפט א שרעק צו גיין שלאפן, יעדע נאכט ציטער איך אז איך וועל אפשר אראפפאלן, און דאס מאכט מיר ממש צעדרייט.


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז די עצה פאר "אה סי די" איז אז מען זאל נישט אוועקשטופן די מחשבה, נאר מיטפארן מיט דעם, למשל אז מען טראכט אז די טיר איז געבליבן אפן זאל מען מיטפארן מיט דעם און טראכטן אז ס'איז טאקע אפן און ס'איז נישט קיין פראבלעם, אבער ביי מיין פראבלעם קען איך נישט מיטגיין מיט די מחשבה, איך וויל דאך נישט אראפפאלן אין דעם.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסגראדן מיין מח, און מיר געבן צו פארשטיין וואס איך האב צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "איך קען ראש השנה פאררעכטן אפילו די וואס א גאנץ יאר קען איך זיי נישט פאררעכטן"; און אז דו האסט זיך גע'טובל'ט און געזאגט די תיקון הכללי ביים ציון - האסטו פארראכטן וואס דו האסט פוגם געווען, דו דארפסט זיך גארנישט זארגן.


דאס וואס דו ביסט אזוי צעבראכן פון וואס עס האט פאסירט מיט דיר אין אומאן, דו ביסט אראפגעפאלן אין מקרה לילה; עס איז כדאי דו זאלסט זען די ווערטער וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיז): "מַה שֶּׁמְּבַלְבֵּל אֶת הָאָדָם, כְּשֶׁנִּכְנָס לִקְדֻשָּׁה גְבוֹהָה", דאס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש ווען ער קומט צו א העכערע דרגא, "כְּגוֹן כְּשֶׁמִּתְקָרֵב לְצַדִּיק הָאֱמֶת וְכַיּוֹצֵא", ווען ער קומט צום אמת'ן צדיק, "אֲזַי דַּיְקָא יִקְרֶה לוֹ מִקְרֶה בִּלְתִּי טָהוֹר, חַס וְשָׁלוֹם", דעמאלט פאסירט מיט אים אז ער פאלט אראפ אין מקרה לילה חס ושלום. "צָרִיךְ לָדַעַת", וויסן זאלסטו, "כְּשֶׁהָאָדָם נִכְנָס לִקְדֻשָּׁה", ווען דער מענטש קומט אריין שטערקער אין די קדושה, "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע בְּיוֹתֵר", דעמאלט פארלייגט זיך דער יצר הרע אויף אים אסאך שטערקער, "כִּי כָל מַה שֶּׁנִּכְנָס בִּקְדֻשָּׁה יוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווערט הייליגער, "יֵשׁ לוֹ בְכָל פַּעַם יֵצֶר הָרָע חָדָשׁ גָּדוֹל מִבַּתְּחִלָּה", אלץ קומט דער יצר הרע שטערקער.


"וּבֶאֱמֶת הַבִּלְבּוּל הַזֶּה שְׁטוּת", נישטא וואס צו צעבראכן ווערן פון דעם, ווייל ממה נפשך, "אִם יִקְרֶה לוֹ מֵחֲמַת הִרְהוּר, מִי חַיָּב בָּזֶה", אויב האט דאס פאסירט פון טראכטן שלעכטע מחשבות - איז דאך נישטא וועם צו באשולדיגן, אז מען טראכט שלעכט פאלט מען אראפ, "וְאֵין לוֹ לְהִתְרַעֵם כְּלָל", קענסטו נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם, "מֵאַחַר שֶׁהוּא בְּעַצְמוֹ גָּרַם לוֹ", ווייל דו האסט דאס אליינס גורם געווען. "וְאִם אֵינוֹ מֵחֲמַת הִרְהוּר, אֲזַי בְּוַדַּאי אֵינוֹ סִימָן רַע כְּלָל", האט דאס פאסירט אן טראכטן שלעכטס? איז דאס נישט קיין שלעכטע זאך, "כִּי אִם הָיָה עִנְיָן רַע, לֹא הָיוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה נוֹתְנִין אוֹתוֹ לְסִימָן יָפֶה לְחוֹלֶה", אויב וואלט דאס געווען א שלעכטע זאך - וואלטן די הייליגע חכמים נישט געגעבן דער זאך פאר א גוטע סימן פאר א חולה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נז:) קרי איז א סימן יפה פאר א חולה.


"וּבֶאֱמֶת", נאר וואס דען? "אַדְּרַבָּא, מֵחֲמַת שֶׁנִּתְקָרֵב לִקְדֻשָּׁה גָבוֹהַ מְאֹד, מֵחֲמַת זֶה נִזְדַּמֵּן לוֹ", דיקא ווייל מען איז אנגעקומען צו אזא הייליגע פלאץ, מען איז אריין אין די קדושה - האט דאס פאסירט. ווייל די הייליגע חכמים זאגן "כִּי (תענית ח.): 'כָל הַמַּצְדִּיק אֶת עַצְמוֹ מִלְּמַטָּה, מַצְדִּיקִין עָלָיו הַדִּין מִלְּמַעְלָה'", ווען מען הייליגט זיך פון אונטן, קומען די מקטריגים און זוכן ווי זיי קענען אראפווארפן דעם מענטש, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (תהלים צ, יא): "וּכְיִרְאָתְךָ עֶבְרָתֶךָ", איז דאך נישטא אויף וואס צו זיין צעבראכן; פארקערט, ווייל דו ביסט אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן - דעריבער קומט דער שטן און רייצט זיך מיט דיר און וויל דיך צעברעכן.


איך בעט דיר זייער, צעברעך זיך נישט און מאך נישט קיין נערווען וכו'. דו היט זיך פון קוקן עבירות און זיי ממשיך מיט דינען דעם אייבערשטן, אבער מאך זיך נישט קראנק, ווער נישט קיין נערווען קראנקער מענטש. נישט דאס איז רצון השם - מורא האבן צו גיין שלאפן, אויב מען וועט אראפפאלן. מען דארף מורא האבן פונעם אייבערשטן, מען דארף מורא האבן פון טון עבירות, אבער מורא האבן פון גיין שלאפן - דאס איז שוין א נערווען זאך, דאס אליינס קען אראפווארפן דעם מענטש.


דריי אויס דיין קאפ אויף טראכטן גוטס; אנשטאט טראכטן: 'אפשר גיי איך אראפפאלן?' טראכט: 'איך האב פיאות, איך האב א בארד, איך האב ציצית, איך טו אן תפילין'; דאס איז נישט זאכן פון 'אפשר', דאס איז 'זיכערע' זאכן! 'איך היט שבת, איך עס כשר'ס'. און ווען דער שטן שלעפט דיך אריין צוריק אין לאך 'אפשר גיי איך אראפפאלן?' זאלסטו זאגן: 'איך בין א איד! איך גלייב אינעם אייבערשטן, איך דאווען, איך לערן, איך בין גע'מל'עט, איך בין אנגעפילט מיט מצוות כרמון'.


ליין קריאת שמע און גרייט זיך אן נעגל וואסער, נעם אין בעט א ספר - אגדות חז"ל אדער מעשיות פון צדיקים; דאס וועט דיך היטן.


א גמר חתימה טובה.