שאלה אין קורצן ענין
#4 - ווי אזוי קען איך ווייטער ארבעטן אז מיין מאן זאל קענען לערנען?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה, קאמפיוטער, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסע יישר כח פאר ענטפערן מיין שאלה איבער וואס צו טון מיט די דרויסנדע השקפות פון די חברים פון די קינדער. איר האט מיר געגעבן אסאך חיזוק מיט דעם בריוו.


איך האב געליינט א בריוו אין עצתו אמונה וואו דער ראש ישיבה שרייבט פאר א פרוי אז יעצט אז זי איז א מאמע איז איר פלאץ אינדערהיים. אויך אין אן אנדערע בריוו האט איר געזאגט פאר א פרוי אז ס'איז גוט וואס זי האט געטון אז זי איז נישט געקומען צו די פרויען מסיבה ווייל זי דארף האבן כח, און נישט גייען שלאפן שפעט.


וויל איך פרעגן, דער אויבערשטער האט אונז געבענטשט ברוך ה' מיט דריי קינדער, די עלטסטע איז צוויי און א האלב יאר אלט. ביז יעצט זענען אלע ברוך ה' געווען אינדערהיים מיט מיר. יעצט האט די עלטסטע מיידל אנגעהויבן ארויסצוגיין.


איך בין געבענטשט מיט א מאן וואס וויל נאר לערנען און דאווענען א גאנצן טאג. ער האט נישט קיין שום אינטערעסט אין ארבעט - און איך בין גאר פרייליך מיט דעם.


כדי ער זאל קענען לערנען און דינען דער באשעפער, ארבעט איך, מיין ארבעט איז אינדערהיים פון 6 ביז 12 ביינאכט. עס איז מיר שווער צו ארבעטן אזוי שפעט ביינאכט, אבער איך קען נישט ארבעטן בייטאג ווייל די ארבעט איז אויפ'ן קאמפיוטער און מיר ווילן נישט אז די קינדער זאלן זיין דארט ווען איך ארבעט אויפ'ן קאמפיוטער. למעשה בין איך אבער זייער אפגעשוואכט, איך בין נאכאלץ א קימפעטארן, איך האב בחסדי השם דריי פיצעלעך אינדערהיים, און איך שפיר אז איך קען זיך ממש נישט קיין עצה געבן. פון די אנדערע זייט וויל איך אבער נישט שטופן מיין מאן צו גייען ארבעטן - אפילו מיר האבן געטראכט ער זאל ארבעטן אין א הייליגע ארבעט אזוי ווי סופרות, איך בין זייער צופרידן אז ער לערנט און דאווענט א גאנצע טאג.


אפשר האט דער ראש ישיבה א עצה פאר אונז ווי אזוי ער קען ווייטער לערנען, איך זאל קענען אכטונג געבן אויף די קינדער און האבן כח פאר דעם, און מיר זאלן אויך קענען האבן עפעס א פרנסה?


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס דער ראש ישיבה געבט אונז. מיין מאן און איך פרובירן צו הערן די חיזוק יומי יעדן טאג ביי פרישטאג מיט די קינדער. עס לעבט ממש אויף. מיר ווארטן יעדן וואך פאר די הערליכע גליון היכל הקודש און דער קונטרס עצתו אמונה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר העלפט אייער מאן ער זאל קענען לערנען און דאווענען; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס איז זיך מוסר נפש אז איר מאן זאל לערנען די הייליגע תורה.


די שענסטע זאך איז דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט גאר פרייליך מיט דעם וואס איר קענט האבן א חלק אין זיין עבודת השם.


עס פעלט נישט אויס אז איר זאלט ארבעטן שפעט ביינאכט, איר קענט ארבעטן בייטאג; אייערע קינדער מעגן זען אז איר ארבעט, מען דארף זיך נישט באהאלטן מיט גוטע זאכן. איר קענט ארבעטן בייטאג, אין די שעות וואס איר זענט אויסגערוט און ביינאכט זאלט איר זיך גוט אויסרוען כדי איר זאלט קענען זיין א רואיגע און געזונטע מאמע.


מאכטס אייך גרינגער כדי איר זאלט האבן כח צו אייערע קינדער און איר זאלט קענען ווייטער העלפן אייער מאן לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - וואס טו איך אז מיין שווער ברענגט אריין א סמארטפאון?
שלום בית, חינוך הילדים, שווער און שוויגער, קאמפיוטער, משפחה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, איך בין היינט ב"ה אן אנדער מענטש אינגאנצן, איך האב אנגעהויבן לערנען שיעורים כסדרן, איך גיי יעצט ענדיגן תנ"ך צום ערשטן מאל אין לעבן, און אין די אנדערע שיעורים בין איך ב"ה אויך זייער שיין מצליח.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן וועגן מיין שווער. ער קומט צו מיר אהיים און ער ווייזט פאר די קינדער קליפס אויף זיין אייפאון. איך פרוביר אים צו זאגן אז ביי אונז קוקט מען נישט אין די זאכן, אבער ער זאגט אז אביסל מעג מען יא, און אז מ'דארף אויסלערנען די קינדער וואס מ'מעג זען און וואס מ'טאר נישט זען.


ווידער איז ער א ביזנעס מאן, ער פארט אסאך איבער די וועלט, און מיר האבן נישט אלץ א וועג ווי אזוי אנצוקומען צו אים. און דעריבער זאגט ער אונז אלץ אז מיר זאלן אריינעמען די כלים אינדערהיים כדי צו קענען האלטן קשר מיט אים.


אויך האבן מיר א שאלה וואס צו טון ווען ער איז ביי אונז אויף שבת, מיר ווייסן נישט אויב מיר קענען יוצא זיין קידוש פון אים, צי מ'מעג טרינקען פון זיין וויין, און אזוי ווייטער לגבי אנדערע הלכות, וואס איז זיין דין?


אויך מאכט זיך אז ער רעדט אמאל זאכן וואס מ'רעדט נישט אין א אידישע שטוב.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן הדרכה וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן. ביז יעצט האב איך געהאט נאר קליינע קינדער, אבער יעצט הויבן זיי שוין אן צו פארשטיין אביסל, און מיר מוזן וויסן וואס זיי צו זאגן, און ווי אזוי זיך צו פירן מיט זיי.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות איז זוכה צו גאר שיינע זאכן, מען איז זוכה צו מטייל זיין בכל התורה כולה און צו זיין דבוק אינעם אייבערשטן.


אויף דיינע פראגות וואס דו פרעגסט וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:


א)   וויסן זאלסטו אז דער רבי גיבט אונז א וועג צו קענען זיין ערליך און הייליג און אין די זעלבע צייט אויך מכבד זיין די עלטערן אפילו זיי פירן זיך אנדערש וכו'.


בנוגע אייער שווער וואס ער קומט אין שטוב און ווייזט פאר די קינדער קליפס וכו'; וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, הלכה טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה - הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז דיר אז דו נעמסט נישט אריין אין דיין שטוב קיין שום סארט כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב און דו ווילסט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן ווי די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז דו וועסט מכבד זיין דיין שווער און פון די אנדערע זייט וועסטו ווייטער זיין שטארק מיט דיין וועג פון חינוך וכו' וועט דיין שווער אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו דיר מיט דעם וכו', ער וועט אליינס אויפהערן ווייזן פאר דיינע קינדער קליפס וכדומה.


דו קענסט אים זאגן מיט גרויס דרך ארץ מיט געמאסטענע ווערטער פאר ער קומט צו דיר אין שטוב אז דו ביסט מחנך די קינדער זיי זאלן זיין אפגעזונדערט פון די כלים וכו' און אזוי לערנט מען מיט זיי אין חדר און אין סקול און אז זיי זעען דאס ביי זייער זיידע טוט עס זיי צעמישן; אז דו וועסט אים דאס זאגן מיט דרך ארץ, נישט אויף אן אופן אז דו לערנסט אים וואס צו טון נאר אז דאס צעמישט די קינדער וועט ער זיכער מער נישט קומען צו דיר מיט דעם.


ב)   אויף דיין צווייטע פראגע אז ער בעט איר זאלט אריין נעמען אין שטוב א קאמפיוטער אז ער זאל קענען רעדן וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, הונדערטער שטובער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריין געברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו'. דאס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. דערפאר איז אסור צו האבן אין שטוב סיי וואס פאר א כלי וועלכע מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, אדער וואס מען קען זען דערויף מאוויס. דאס האט נישט צו טון מיט פרומקייט, דאס איז פשוט'ע שכל; און די אלע וואס לאכן זיך אויס דערפון, זיי לאכן אפ פון ערליכע אידן וואס זאגן אז מען זאל דאס נישט אריין ברענגען אין שטוב, די מאכן לצנות פון זיך אליינס און זיי וועלן באצאלן א טייערן פרייז ה' ירחם.


ג)     אויף דיין דריטע פראגע; דו שרייבסט נישט פארוואס מען קען נישט יוצא זיין קידוש פון אים וכו'. דו קענסט נוצן פאר קידוש מאסט וכדומה לזה וואס האט נישט די אלע שאלות, אבער חס ושלום מאכן א פירוד לבבות צווישן אירע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות וואס דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער.

#2 - מיינע עלטערן לאזן מיר נישט האבן קיין אינטערנעט, וואס טו איך?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, בחור, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 17 יאר, מיינע עלטערן פלעגן האבן אין שטוב אפענע אינטערנעט, און דאס האט מיר געברענגט צו זען און קוקן דארט דאס ערגסטע. צוביסלעך זענען זיי קלוגער געווארן און האבן אפגעשפארט די אינטערנעט, אבער זיי האבן מיר געלאזט האבן א טעבלעט וואס האט געהאט א שטיקל פילטער, יעצט האט א געוויסער מחנך זיי אויפגעקלערט אז דאס איז אויך נישט גוט, און זיי האבן מיר אלעס אוועקגענומען.


איך שפיר אז איך קען נישט זיין אינגאנצן אפגעהאקט פון די וועלט, איך בעט זיך ביי זיי אז איך וויל ווייטער האבן א טעבלעט מיט א גוטע פילטער, דא אין ארץ ישראל רופט מען עס "אינטרנט רימון", מ'קען מיט דעם זען נאר אימעילס, היימישע סייטס, און כשר'ע געפילטערע יוטוב, מיינע עלטערן ווילן מיר אבער דאס נישט נאכגעבן.


יעצט, מיינע עלטערן פארלאזן זיך אויף אייך, און דעריבער ווענד איך זיך צו אייך, אפשר שרייבט איר פאר מיר און פאר מיינע עלטערן וואס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען אין דעם מצב.


א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע שיעורים וואס איז ממש מיין לעבן.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ישראל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט מיר איך זאל שרייבן פאר דיינע עלטערן א בריוו אז זיי זאלן דיר לאזן האבן אינטערנעט; וואס זאך איך דיר זאגן, ווען דו זאלסט הערן וויפיל פראבלעמען דער אינטערנעט איז גורם וואלסטו נישט געבעטן מען זאל דיר עס לאזן האבן. אינטערנעט איז א גרויסע צרה פאר אונזער דור, דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער; הונדערטער שטובער זענען שוין צעטיילט געווארן צוליב דעם.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג. ער רעדט צו א בחור צו קויפן א סמארט-פאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, און ער דארף שוין מער נישט ארבעטן אים צוצורעדן צו עבירות, דער בחור דארף שוין נישט גיין אין ערגעץ, ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט אלע שמוץ וואס איז פארהאן אויף די וועלט רחמנא לצלן.


נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, דו וועסט אם ירצה ה' חתונה האבן און אויפשטעלן א שטוב, אלס א טאטע וועסטו דארפן זיין א דוגמא פאר דיינע קינדער, ווי אזוי וועסטו קענען אריין לייגן אין דיינע קינדער יראת שמים אז דו אליינס זיצט טאג און נאכט אויפן אינטערנעט?! איך בעט דיר זייער ווארף אוועק דיין סמארט-פאון, דאס איז נישט קיין גוטע זאך און עס וועט דיר נישט ברענגען קיין גוטס.


אז מען קוקט שמוציגע זאכן ווערט מען אויסגעריסן אויך פון דער וועלט; דער יצר הרע רוט נישט ווי לאנג ער רייסט אויס דעם מענטש סיי פון דער וועלט און סיי פון יענע וועלט.


ר' אברהם בן ר' נחמן האט געזאגט: "דער ס"מ וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף דער וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; דאס פאסירט אז מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן, מען פארלירט דעם מח, און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צו וואס דארפסטו דעם צרה?!"


דאס וואס דו שפירסט אז דו ביסט אפגעהאקט פון די וועלט; וויסן זאלסטו אז עס איז נישט אזוי, אמת, יעצט איז דיר שווער צו זיין אן דעם ווייל דו דארפסט זיך צוגעוואוינען צו לעבן אין ווירקלעכקייט, די אלע כלים נעמען דאך אוועק דעם מח פונעם מענטש פון לעבן מיטן מציאות וכו', אבער באמת איז מען בכלל נישט אפגעהאקט פון דער וועלט; דער וואס האט נישט קיין אינטערנעט איז נישט אפגעהאקט פון דער וועלט, טויזנטער ערליכע אידן יראים ושלמים לעבן זייער א שיינע לעבן און ציען אויף ערליכע דורות אן דעם וואס זיי האבן א וועג צום אינטערנעט.


אין דעם זכות וואס דו וועסט זיין אפגעהיטן און מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכע מיידל און איר וועט צוזאמען אויפשטעלן א שיינע שטוב און זען נחת פון ענקערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - מעגן קינדער זען דרשות אויפ'ן קאמפיוטער?
חינוך הילדים, קאמפיוטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין אינגל האט זייער ליב צו הערן אייערע שיעורים, ער פלעגט זיצן שעות און זיך איינהערן דורכ'ן קאמפיוטער, ער האט באקומען ההתלהבות צו לערנען משניות און אויך דער הייליגן רבינ'ס ספרים.


עס איז וויכטיג צו באצייכענען אז די קינדער זעען קיינמאל גארנישט אין קאמפיוטער, פארשטייט זיך אז עס איז נישטא קיין מאוויס אדער קליפס א.ד.ג., (אפילו נישט קליפס פון די ישיבה) עס ניצט נאר פאר ארבעט.


אין איינע פון אייערע ענטפערס אויפ'ן וועבסייט האב איך געזען אז איר שרייבט אז קינדער זאלן גארנישט זען אויף א קאמפיוטער, האב איך אויפגעהערט אים צו ווייזן און אים געזאגט ער זאל הערן דורכ'ן טעלעפאן.


מיין שאלה איז וואס איז בעסער, ער זאל זען די שיעורים אויפ'ן קאמפיוטער, אדער בכלל נישט הערן, נאר ווארטן ער זאל ווערן גרעסער, און דעמאלו וועט ער קענען הערן אין דעם.


נאכאמאל א גרויסן גרויסן דאנק!

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז בעסער אז מען ווייזט נישט קליפס פאר קינדער; א קינד'ס מח פארנעמט גאר אנדערש ווען ער קוקט אויפן סקרין (מסך) ווי אן ערוואקסענער מענטש - אפילו כשר'ע זאכן, למשל פארשטעלונגען וואס היימישע מוסדות שטעלן ארויס; דאס אלעס איז גוט פאר ערוואקסענע מענטשן, מה שאין כן – קינדער, בלייבן זייער פאר'מח'ט און פאר'חלומ'ט נאכן קוקן אויפן סקרין. די אלע דרשות וואס מיר לייגן ארויף וכו' וואו מען קען זען שיעורים פון ישיבה וכו' דאס איז נישט פאר קינדער.


דערפאר זאלט איר וויסן אז איר האט זייער גוט געטון אז איר האט אויפגעהערט צו ווייזן פאר אייערע קינדער דרשות פון ישיבה, ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער קענען קוקן דרשות פון ערליכע אידן וכו'.


דער אייבערשטער זאל ענק געבן כוחות צו מחנך זיין אייערע קינדער, ענק זאלן קענען אויפשטעלן ערליכע ליכטיגע אידישע דורות.


ועל כולם תפילה, תפילה, תפילה; טרערן, טרערן, טרערן - דאס איז דער סוד פון געזונט, הצלחה, נחת, פרנסה וכו' וכו'.