תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב יעצט געליינט די נייעס, און איך האב געזען אזעלכע שרעקעדיגע זאכן, איך האב געליינט אז עס האט געדארפט זיין אן אראבישע פראטעסט אין בארא פארק, און נאך שרעקעדיגע זאכן, וואס האט מיר באמת זייער דערשראקן, איך ציטער פאר שרעק.
די שרעקעדיגע נייעסן וואס איך האב געליינט האבן מיר ממש איבערגענומען, איך שפיר ווי איך באקום א פאניק אטאקע, איך ווער דעפרעסט, איך שפיר ווי פארוואס דארף איך בכלל לעבן אין אזא שרעקעדיגע וועלט.
איך ווייס אז עס איז נישט גוט צו ליינען נייעס, אבער למעשה האב איך עס שוין געליינט, וואס קען איך יעצט טון? איך שפיר ווי איך דארף שוין נעמען מעדעצין ווייל איך קען נישט איבערקומען די פחדים, ווי אזוי קען איך זיך בארואיגן?
ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן, ווייל איך טרייסל ממש פאר פחד.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי', תלמידת בית פיגא
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
פארוואס ליינט איר נייעס? דאס איז די שכר פון ליינען נייעס, מען לעבט אין פחד, מען לעבט מיט מורא, ביז מען דארף נעמען מעדעצין.
ליינט נישט קיין נייעס און הערט נישט קיין נייעס – וועט איר לעבן א רואיגע זיסע לעבן, איר וועט הנאה האבן פון די שיינע וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, איר וועט האבן שטארקע נערווען מיט א שטארקע מח; א רחמנות אויף די וואס לעבן מיט די נייעס, מען רודפ'ט זיך, אזוי ווי דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו זאגט (ספר חיים ושלום, פרשת בחוקותי), אויפן פסוק (ויקרא כו, לו): "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף", א בלעטל, דאס מיינט מען דעם צייטונג בלעטל – וועט ענק רודפ'ן.
א בית פיגא תלמידה נעמט נישט אין האנט די זאכן, און הערט נישט די זאכן.