שאלה אין קורצן ענין
#4 - תיקון הכללי קען פאררעכטן אויך אלטע עבירות?
תשובה, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב די תיקון הכללי העלפט אויך צו פאררעכטן אלטע פגמים, אדער העלפט עס נאר אויב מ'האט עס געזאגט אין יענעם טאג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געווען - איז א תיקון פאר אלע עבירות וואס האט א שייכות מיט פגם הברית; איינמאל מען זאגט די צען קאפיטלעך תהילים - [טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] - איז דאס א תיקון גמור פאר פגם הברית, מען דארף מער נישט טראכטן וואס איז געווען, נאר אנהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רה) דער עיקר תיקון הברית - מען זאל נישט איבערטראכטן, נאר מען זאל זאגן די צען קאפיטלעך תהילים און אנהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן מיט א נייעם מח, א ריינעם מח.


די אלע וואס פרעגן אויב עס העלפט אויך פאר די וואס האבן געזינדיגט במזיד; מוהרא"ש זאגט בפירוש בזה הלשון: "אין דבר כזה, שום בר ישראל לא חוטא במזיד", נישטא אזא זאך ווי מזיד, קיין שום איד זינדיגט נישט במזיד, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פט) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, ב): "עבירה גוררת עבירה", ווען מען זינדיגט אין איין עבירה ווערט מען נאכדעם אריינגעשלעפט אין נאך אן עבירה, קומט אויס אז ווען מען פאלט אריין אין אן עבירה איינמאל בשוגג ווערט מען אריינגעשלעפט אין נאך עבירות רחמנא לשיזבן, זאגט מוהרא"ש: "אין דבר כזה שיהודי שנשמתו נמשכת ודבוקה בחי החיים בו יתברך, שיחטא במזיד", נישטא אזא זאך אז א איד וואס איז באהאפטן צום אייבערשטן זאל זינדיגן במזיד, "אלא החטא הראשון שחטא בשוגג מושך אותו לחטוא עוד חטאים וכו'", נאר די ערשטע עבירה שלעפט און שלעפט צו נאך און נאך עבירות, מוהרא"ש פירט אויס: "ועל ידי זה יש ללמד זכות על כל בר ישראל ולמצוא את הטוב שבו, כי הוא לא חטא במזיד כלל, אלא נכשל בעוון בשוגג, ועל ידי זה נמשך שיעשה עוד חטאים וכו'", דאס איז א לימוד זכות פאר יעדן איד, קיין שום איד וויל נישט טון שלעכטס, קיינער וויל נישט זיין שלעכט, נאר מען ווערט פארשלעפט פון איין שוגג צו נאך עבירות.


וואויל איז דעם וואס זאגט יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים, וועט ער זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי קריכט מען ארויס פון הארבע עבירות?
אומאן, תשובה, עבירות, בחור, תיקון הכללי, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אויס אייערע שיעורים און איך האב זייער הנאה. די שיעורים האבן מיר אסאך מחזק געווען, איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן, צו לערנען משניות, און אזוי ווייטער די אנדערע עצות. איך בין אייך זייער מחשיב, און דעריבער שפיר איך אז איר זענט דער פאסיגער מענטש מיט וועמען אויסצושמועסן אזא וויכטיגע נושא.


איך בין געגאנגען קיין ארץ ישראל לערנען אין א ישיבה, און איך האב אנגעהויבן פאלן זייער שטארק. איך האב זיך געשאפט א קליינע סמארטפאון, פארשטייט זיך נישט אויף צו קוקן אייערע שיעורים, נאר צו זען שמוץ און נאך שמוץ, שעות אויף שעות.


פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א געהעריגער בחור מיט א גארטל, קיינער חלומ'ט נישט וואס איך האב אלץ אפגעטון, אבער ליידער בין איך מיאוס דורכגעפאלן פיל מאל. ס'איז נישט געבליבן ביים קוקן, איך האב געזוכט און געזוכט וואו איך קען למעשה טון עבירות, און אז מ'זוכט טרעפט מען, און זייט דעמאלט בין איך שוין געווען מיט איבער צען עבירות רחמנא ליצלן, און איך שפיר אז איך האלט עס מער נישט אויס.


יעדעס מאל מאך איך אפ אז דאס איז, פון יעצט וועל איך שוין זיין וואויל און ערליך, איך ווארף אוועק דעם סמארטפאון און איך וויל אנהויבן נאכאמאל, אבער עס נעמט נישט לאנג ביז איך שאף זיך א פרישער סמארטפאון, און איך פאל ווייטער. איך האב שוין זיכער אוועקגעווארפן צוואנציג סמארטפאונס.


לעצטנס בין א חתן געווארן, פארשטייט זיך מיט א וואוילע מיידל, קיינער ווייסט דאך נישט וואס איך בין באמת, און היינט בין איך שוין ווייטער געגאנגען מיט אן עבירה. איך ווייס באמת נישט וואס צו טון, איך טראכט ערנסט פון אפלאזן דעם שידוך, פארוואס זאל איך חרוב מאכן דאס לעבן פון א וואויל מיידל? ווער ווייסט וויפיל מאל איך וועל דורכפאלן נאך די חתונה מיט אנדערע רחמנא ליצלן?


איך טראכט אפשר אהיימצופארן פון ארץ ישראל ביז צו די חתונה, אפשר איז דאס א גוטע עצה, אבער וואס וועל איך זאגן פאר מיין טאטע און מיין מחותן? און וואס זאל איך טון דארט א גאנצן טאג?


איך בעט אייך, העלפט מיר ארויס, און געבט מיר אן עצה וואס צו טון, ווייל איך האלט עס ממש נישט אויס. איך ווייס איר זענט א קלוגער מענטש, און איך וועל פאלגן וואס איר וועט מיר זאגן, אבער איך מוז שוין האבן אן עצה וואס צו טון, איך מער נישט אנגיין אזוי ווייטער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך בין זייער דערציטערט געווארן ווען איך האב געליינט דיין בריוו.


דו האסט איין ברירה וואס דו קענסט טון אויב דו ווילסט בלייבן לעבן, דו זאלסט שוין תשובה טון; אז נישט וועסטו האבן א ביטערן סוף.


תשובה טון מיינט אז דו זאלסט זאפארט אפלאזן אלע עבירות און אפהאקן די קשר מיט זיי, אז נישט וועט דיר זיין זייער ביטער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט ווארט דער אייבערשטער אז מען זאל תשובה טון, "חוּץ מִן הַזְּנוּת", אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, דער אייבערשטער באשטראפט דעם מענטש מיט א ביטערן עונש.


זאלסט נישט מיינען אז מען קען זיך באהאלטן מיט עבירות וכו'; מען קען גיין מיט פרעמדע פרויען וכו' רחמנא לצלן - און דאס וועט בלייבן א סוד, ווייל דער פסוק זאגט (איוב כד, טו): "וְעֵין נֹאֵף שָׁמְרָה נֶשֶׁף לֵאמֹר לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", די בעלי עבירות טראכטן ביי זיך: 'מיר וועלן ווארטן עס זאל ווערן נאכט דעמאלט וועלן מיר טון עבירות; מיר וועלן גיין אין באהאלטענע פלעצער אז קיינער זאל אונז נישט זען', אזוי מיינט מען, זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט טאקע אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים פאר די גאנצע וועלט.


מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'" (ירמיהו כג, כד), דער אייבערשטער זאגט: ווי קען זיך א מענטש באהאלטן פון מיר? "הֲלוֹא אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא נְאֻם ה'", דער אייבערשטער איז דאך איבעראל!


דערפאר, הדבר הראשון זאלסטו אפהאקן אלע דיינע קשרים וואס דו האסט מיט עבירות; אפילו זיי שרייבן דיר און רופן דיר אן זאלסטו זיי נישט ענטפערן. טויש דיין נומער און פארמאך אלע דיינע סאושעל מידיע אקאונטס.


צווייטנס - זאלסטו זען צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון נאך פאר דיין חתונה. דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דארט דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות - האט דער רבי געזאגט - "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; דערפאר אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען, זאלסטו דיר אריבערכאפן קיין אומאן וואו דו זאלסט זאגן דעם תיקון הכללי ביים רבינ'ס ציון און דו זאלסט זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן - אים דערציילן אלעס וואס דו האסט געטון, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס.


דריטנס - אז דו ווילסט באמת ארויס גיין פון דיינע שלעכטע מעשים זאלסטו דיר מאכן א קביעות צו לערנען משניות. יעדן טאג זאלסטו זאגן פרקים משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו זאגן פרקים משניות יעדן טאג, דאס וועט דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אז דו וועסט פאלגן אלעס וואס שטייט דא וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין דיינע עבירות און דו וועסט אויפשטעלן א ערליכע שטוב, א בית נאמן בישראל.

#2 - דער רבי ציעט ארויס ביי די פיאות פון גיהנום, ווי אזוי ציעט ער ארויס א פרוי?
חיזוק פאר פרויען, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער רבי זאגט אז ווער ס'וועט זאגן תיקון הכללי וועט ער אים ארויסציען ביי די פאות פון גהינום, וואס טוט זיך מיט פרויען און מיידלעך, וועלכע האבן נישט קיין פאות, ווי אזוי וועט דער רבי זיי ארויסשלעפן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


אל מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון, ער וועט זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שואל תחתית".


די הבטחה פון רבי'ן אז ער וועט ארויס שלעפן ביי די פיאות פון שאול תחתית - איז סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען; דער רבי איז א מתנה פאר אלע אידן - זאל זיין ווער זאל נאר זיין, אז מען קומט קיין אומאן וועט דער רבי מתקן זיין.


דאס וואס איר פרעגט אז פרויען האבן דאך נישט קיין פיאות; וועל איך אייך דערציילן א מעשה וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט. ווען ער האט זוכה געווען צו פארן דעם ערשטן מאל קיין אומאן שנת תשכ"ו זענען זיי געווען אין עירפארט אין מאסקאווע מיט נאך אנשי שלומינו, זיי האבן דארט געטראפן א שרייבער א גרויסער אפיקורס, אן איידעם פון 'שלום עליכם' וועלכער איז אויך געווען א גרויסער מין און אפיקורס; ווען ער האט געזען די גרופע אידן אנשי שלומינו האט ער געפרעגט: "פון וואו קומט איר און וואו פארט איר?" האט אים איינער געענטפערט: "מיר פארן צום רבי'ן קיין אומאן", און האט אים פארגעשלאגן ער זאל מיט קומען קיין אומאן אזוי וועט ער אויך האבן א תיקון, האט ער זיך אנגערופן מיט שפאס און געזאגט: "איך האב דאך נישט קיין פיאות, פון וואו וועט מיר דער רבי ארויסשלעפן?!" האט אים דער ברסלב'ער איד געענטפערט: "אויערן האסטו יא? אויב קומסטו מיט אונז קיין אומאן זאג איך דיר צו אז דער רבי וועט דיר ארויס שלעפן ביי די אויערן".


וואויל איז דעם מענטש וואס לייגט אוועק אלע חכמות און דמיונות און פאלגט דעם הייליגן רבי'ן, וועט ער זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן.

#1 - מעג מען אויסרעדן אינמיטן זאגן תיקון הכללי?
חסידות ברסלב, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'מעג אויסרעדן אינמיטן זאגן תיקון הכללי, און אויב מ'טאר נישט וואס מ'זאל טון אויב מ'האט יא  אויסגערעדט.


יישר כח פאר אלעס.


בערל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא – החודש, כ"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד בערל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע איז מען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי" אין איין צי אן אויסרעדן; עס נעמט נישט אזוי לאנג צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים אז מען זאל זיך נישט קענען צוריק האלטן פון אויסרעדן. עס נעמט בערך זעקס זיבן מינוט, דעריבער פארשטיי איך נישט וואס איז אזוי שווער צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים אין איין צי... אויב הערט מען קדיש אדער קדושה אינמיטן זאגן "תיקון הכללי" דארף מען אוודאי ענטפערן וכו'; דעריבער איז גוט מען זאל דאס זאגן ביים סוף דאווענען נאך עלינו צוזאמען מיט די גאנצע מנין.


מוהרא"ש האט איינגעפירט אז מען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי" גלייך נאכן דאווענען צוזאמען מיט א מנין; וואויל איז פאר דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות, ער זאגט דעם תיקון הכללי יעדן טאג וועט ער זוכה זיין צו אלע ישועות; צו רפואות, פרנסה און צו תשובה שלימה.


מיר דארפן לויבן דעם הייליגן באשעפער פאר די חסד וואס ער האט מיט אונז געטון אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך פאר אונז, אז מיר זאלן זוכה זיין צו האבן א תיקון אויף אונזערע מעשים.


דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען דעם "תיקון הכללי", אויף וואס ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז דער "תיקון הכללי" איז א תיקון גמור אויף פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. ווי אויך האט דער רבי געזאגט אז אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער – האט דער רבי אויסגעפירט - מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון.


"דאס ערשטע איז מקוה" - האט דער רבי געזאגט; מקוה נעמט אראפ אלע שמוץ וואס האט זיך אנגעקלעבט אויפן נשמה דורך די עבירות. אויך האט דער רבי געזאגט אז אפילו איינער וואס קען נישט גיין אין מקוה; א חולה, א אונס, אדער איינער וואס איז אונטערוועגנס זאל אויך זאגן דעם "תיקון הכללי", ווייל דאס איז א תיקון פאר אלע עבירות (שיחות הר"ן, שם).


דער רבי האט געזאגט: איך בין זייער שטארק אין אלעס וואס איך זאג אבער אין דער זאך פונעם "תיקון הכללי" בין איך גאר שטארק; אז די צען קאפיטלעך תהילים - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ - העלפט זייער שטארק דעם מענטש און דאס איז א תיקון בכלליות אויף אלע עבירות. איך בעט אייך אלעמען מען זאל דאס מפרסם זיין און פארשפרייטן פאר יעדן איינעם (שיחות הר"ן, שם).


נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, שם): "עס איז נישט קיין שווערע זאך צו זאגן צען קאפיטלעך תהילים; אבער וויבאלד איך האב דאס געהייסן זאגן וועט עס אנקומען זייער שווער". און ר' נתן זכרונו לברכה פירט אויס די שיחה: "וְכֵן נִתְקַיֵּם עַתָּה בַּעֲווֹנוֹתֵנוּ הָרַבִּים שֶׁמֵּחֲמַת רִבּוּי הַמַּחֲלֹקֶת רוֹב הֶהָמוֹן עם רְחוֹקִים מְאֹד לְקַיֵּם זֹאת".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אוועק צו ווארפן אונזערע חכמות און מקיים זיין די ווערטער פון הייליגן רבי'ן; מיר זאלן זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי", אזוי וועלן מיר מתקן זיין אלעס וואס מיר דארפן פארעכטן.