שאלה אין קורצן ענין
#11 - זאל איך לייגן תפלין דרבינו תם, אנדערש פון מיין קהלה?
מנהגים, הפצה, בושה, תפלין, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א ליטווישע פאמיליע און איך וואוין א ליטווישע געגנט, אבער איך נעם אסאך התחזקות פון היכל הקודש. איך לערן די ספרים, איך הער די שיעורים, און איך מאך הפצה אויף א שטילע וועג נישט צו מאכן קיין איבערקערעניש. איך בין זייער פרייליך צו זיין א תלמיד היכל הקודש, אן דארפן טוישן מיינע קליידער אדער מנהגים.


נאר איין פראבלעם האב איך יא, איך האב געליינט אויף עטליכע פלעצער פון מוהרא"ש, אז דער רבי און רבי נתן האבן אנגעטון תפלין דרבינו תם, און האבן געוואלט אז די תלמידים זאלן דאס אויך טון. אונזער מסורה איז פונעם גר"א אז מען זאל נישט אנטון תפלין דרבינו תם, און מיין קהלה טוט עס קיינער נישט אן, אפילו נישט דער רב. איך וויל נישט ארויסשטארן און זיין אנדערש פון יעדן, און איך וויל נישט טוישן מיין מסורה, פון די אנדערע זייט וויל איך אבער טון דער רצון פון הייליגן רבי'ן ווי מוהרא"ש לערנט אונז.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן אין מיין דילעמע.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פארשפרייסט די עצות פון רבי'ן, דו גייסט הפצה, דו ברענגסט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא, קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


קויף זיך תפילין דרבינו תם; דארפסט זיך נישט מיט קיינעם רייצן, טענה נישט מיט קיינעם און אין די זעלבע צייט שעם זיך נישט פון קיינעם. דער שלחן עורך שטעלט אוועק א יסוד אינעם ערשטן סימן, ווי אזוי צו קענען מקיים זיין די תורה (אורח חיים סימן א, סעיף א): "וְלֹא יִתְבַּיֵּשׁ מִפְּנֵי בְּנֵי אָדָם הַמַּלְעִיגִים עָלָיו בַּעֲבוֹדַת ה' יִתְבָּרַךְ", מען זאל זיך נישט שעמען פון די וואס שפעטן; מוהרא"ש זאגט, דאס איז דער יסוד פונעם שלחן ערוך, מען קען נאר זיין א איד אז מען שעמט זיך נישט פון קיינעם.


קוק ווערטער פון הייליגן רבי נתן (לקוטי הלכות תפילין הלכה ה', אות כח-כט): "וְעַל כֵּן, כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ', צָרִיךְ לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם, כְּמוֹ שֶׁהִזְהִיר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֶת אֲנָשָׁיו לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם", ווער עס וויל מקורב ווערן צום אייבערשטן זאל מקפיד זיין אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט מזהיר געווען זיינע מענטשן. "וְעַל כֵּן עַכְשָׁיו בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא בְּסוֹף הַגָּלוּת צְרִיכִים לִזָּהֵר מְּאֹד לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִירוּ כָּל הַצַּדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁהָיוּ בְּיָמֵינוּ", אין די היינטיגע טעג וואס מען האלט שוין ממש ביי די גאולה, מיר גייען שוין אט אט ארויס פון גלות, דארף מען זייער אכטונג געבן אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי אלע אמת'ע צדיקים האבן אונז מזהיר געווען, "כִּי עַכְשָׁיו הִתְגַּבֵּר הַבַּעַל דָּבָר מְּאֹד מְּאֹד מַחֲמַת שֶׁרוֹאֶה שֶׁקָּרוֹב לָבֹא קִצּוֹ", ווייל דער יצר הרע איז זיך זייער מתגבר זעענדיג ווי זיין סוף קומט שוין, דערפאר דארפן מיר האבן ביידע פאר תפילן זיך צו קענען קריגן מיט אים.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - בין איך ראוי צו מאכן בתים פאר די הייליגע תפלין?
שידוכים, התחזקות, קדושה, פרנסה, מקוה, משניות, תיקון הכללי, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן א גרוש, פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, האב איך זיך אנגעהויבן שטארקן מיט אמונה, און דאס העלפט מיר אריבערגיין די שווערע דורכגאנג.


מען טראגט מיר אן צו ארבעטן אין א פאבריק וואו מען מאכט בתים פאר תפלין, פארשטייט זיך אז צו דעם דארף מען האבן יראת שמים, איך ווייס אבער ביי מיר אז איך קען אמאל פאלן אין קדושה, איז מיין שאלה אויב איך מעג גיין ארבעטן אין אזא פלאץ?


אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען זיך שטארקן אריבערצוגיין די שווערע תקופה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט ארבעטן מיט תפילין.


געב אכטונג צו גיין אין מקוה יעדן טאג, אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו זאגן אינדערפרי נאך תפילת שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, דעם "תיקון הכללי": קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ - וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען, און דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן.


נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי - האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון. נאך האט דער רבי געזאגט אז אפילו עס איז נישט קיין שווערע זאך צו זאגן צען קאפיטלעך תהילים, אבער וויבאלד ער האט דאס געהייסן טון - וועט עס אנקומען זייער שווער.


פארליר זיך נישט, האלט זיך מיט אלע דיינע כוחות. אז דו וועסט לערנען משניות - וועט דיר זיין גרינגער, משניות האט א כח צו ראטעווען דעם מענטש. אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות - איז דאס א מורא'דיגע זאך, משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה" ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן און ער ווערט ריין.


איך קען מענטשן וואס זענען געלעגן אין טיפע בלאטעס און זיי האבן געפאלגט דעם רבי'ן, זיי האבן גענומען דעם משניות אין די הענט און נישט אפגעלאזט ביז זיי זענען געווארן גרויסע צדיקים. מוהרא"ש זאגט, משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, די ראשי תיבות פון הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות - נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


זאג נישט אפ קיין שידוכים, נעם די ערשטע שידוך וואס מען טראגט דיר אן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#9 - אויף וואס זענען אנשי שלומינו מקפיד ביים קויפן נייע תפילין?
תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, איך פרוביר צו גיין און צו לעבן מיט די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך האב געוואלט פרעגן אויף וואס אנשי שלומינו האבן מקפיד געווען ביים קויפן נייע תפילין, אויף וועלכע הידורים האט מען מקפיד געווען ביי די בתים און די פרשיות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר דארף מען נעמען תפילין ומזוזות פון אן ערליכן סופר, ווייל דער רבי האט זייער אויסגעלויבט תפילין וואס קומט פון אן ערליכער סופר. דעם רבינ'ס תפילין איז געקומען פון דעם גרויסן צדיק רבי אפרים סופר זכרונו לברכה און דער רבי האט געוואלט אז אלע אנשי שלומינו זאלן האבן זיינע תפילין (עיין ספר פעלת הצדיק, סימן תתמט).


ווי אזוי קען מען וויסן אויף א סופר צי ער האט יראת שמים? מען איז בודק זיין רעדן, מען הערט ווי אזוי ער רעדט; אויב ער רעדט ווייניג און איידל איז גוט און אז נישט דארף מען זיך היטן פון זיינע פרשיות. מוהרא"ש זאגט אז דאס איז מרומז אינעם פסוק (תהילים מה, ב): "לְשׁוֹנִי, עֵט סוֹפֵר מָהִיר", אז מען היט דעם צינג דעמאלט איז מען א סופר מהיר, א גוטער סופר.


ליידער בעוונותינו הרבים זענען דא סופרים קלים וריקים, אינדרויסן זעען זיי אויס ווי חסידי'שע אינגעלייט אבער פון אינעווייניג זענען זיי פארדארבן. איך האב דאס ליידער געזען מיט מיינע אויגן, בשעת איך האב זיך געלערנט סופרות פלעג איך זיך דרייען צווישן סופרים, האב איך געזען ווי אזוי סופרים שרייבן. עס האט מיר דעמאלט אנגעכאפט א פחד און א ציטער; דער הערט רעדיאו, א צווייטער האלט אינמיטן שרייבן א ספר תורה און רעדט ניבול פה, אנדערע זיצן און מאכן ליצנות וכו', וכו'. ממש וואס דער משיח שקר ש"ץ ימח שמו האט געטון, ער האט אריינגעברענגט זייערע סופרים וואס בשעת'ן שרייבן האבן זיי געטראכט וואס זיי האבן נעבעך געטראכט און אזוי האבן זיי אוועק געפירט אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן טרעפן ערליכע סופרים יראי שמים.

#8 - כ'קען נישט קויפן תפלין פאר מיין בר מצוה בחור, און איך דארף חיזוק אויף כיבוד אם
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, תפלין, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי מ'פירט זיך אין ברסלב צו קויפן פאר'ן בר מצוה בחור צוויי פאר תפלין, סיי רש"י און סיי רבינו תם, וויל איך וויסן וואס צו טון אז איך האב נישט קיין געלט אפילו צו קויפן רש"י תפלין פאר מיין בחור, זאל איך גיין בארגן געלט אים צו קענען קויפן אויך רבינו תם?


אויך וויל איך פרעגן אן עצה וואס  צו טון וועגן מיין מאמע, זי איז זייער ברוגז אז איך בין געגאנגען אויף ברסלב און איבערגעלאזט מיין פריערדיגע חסידות, און סיי וועלכע זאך איך טו וואס שמעקט פון ברסלב, רעגט איר זייער אויף, למשל ווען איך האב געגעבן א נאמען פייגא נאכ'ן רבינ'ס מאמע, און אויך אז איך וויל קויפן צוויי פאר תפלין פאר מיין בר מצוה בחור.


איך הער אסאך אייערע שיעורים און איך בין זיך זייער מחזק מיט דעם, בפרט אין אמונה און בטחון אויף וואס איך דארף אסאך חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז עס זענען דא פוסקים (עיין בספר שלחן הטהור סימן לד, סעיף א) וואס האלטן אז אויב מען לייגט נישט קיין תפילין דרבינו תם גייט מען אריין אין כלל פון 'קרקפתא דלא מנח תפילין'; בפרט אז דו שרייבסט אז דו ביסט מקורב צום הייליגן רבי'ן און דער הייליגער רבי האט געזאגט אז גלייך ווען מען הייבט אן לייגן תפילין ביי די 'בר מצוה' זאל מען אנטון צוויי פאר תפילין - רש"י און רבינו תם, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו אין אלע דורות (עיין בספר פעולת הצדיק אות ס"ד). ממילא איז דאך בכלל נישט קיין שאלה צי דו זאלסט קויפן פאר דיין זון צוויי פאר תפילין.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין די ווערטער וואס רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין, הלכה ה' אות כח): "וְעַל כֵּן כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ' צָרִיךְ לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִיר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֶת אֲנָשָׁיו לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם", ווער עס וויל מקורב ווערן צום אייבערשטן זאל מקפיד זיין אנצוטון תפילין דרבינו תם אזוי ווי דער הייליגער רבי האט מזהיר געווען זיינע מענטשן, און קוק אריין אין זיינע הייליגע ווערטער וואס ער שרייבט ווייטער, מורא'דיגע ווערטער (אות כט): "וְעַל כֵּן עַכְשָׁיו בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא בְּסוֹף הַגָּלוּת צְרִיכִים לִזָּהֵר מְּאֹד לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִירוּ כָּל הַצַּדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁהָיוּ בְּיָמֵינוּ", אין די היינטיגע טעג וואס מען האלט שוין ממש ביי די גאולה, מיר גייען שוין אט אט ארויס פון גלות, דארף מען זייער אכטונג געבן אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי אלע אמת'ע צדיקים האבן אונז מזהיר געווען, "כִּי עַכְשָׁיו הִתְגַּבֵּר הַבַּעַל דָּבָר מְּאֹד מְּאֹד מַחֲמַת שֶׁרוֹאֶה שֶׁקָּרוֹב לָבֹא קִצּוֹ", ווייל דער יצר הרע איז זיך זייער מתגבר זעענדיג ווי זיין סוף קומט שוין, דערפאר דארפן מיר האבן ביידע פאר תפילן זיך צו קענען קריגן מיט אים; קוק נאך אינעווייניג די גאנצע אות וועסטו זען דאס גרויסקייט פון תפילין דרבינו תם.


בנוגע דיין מאמע וכו'; די גרעסטע כיבוד אב ואם וואס דו קענסט טון איז אז דו זאלסט גיין דאווענען דריי מאל א טאג שחרית מנחה מעריב מיט מנין; אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; אויך זאלסטו מכבד זיין דיין ווייב און אויפציען ערליכע קינדער - דאס איז כיבוד אב ואם.


דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


זיי א ביישפיל פון א ברסלב'ער חסיד; דו טראגסט אויף דיר א גרויסע אחריות, דו טראגסט אויף דיר דעם רבינ'ס נאמען און מענטשן קוקן אויף דיר ווי אזוי דו פירסט זיך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - וואס האט פאסירט מיט מיר? פארוואס לייג איך נישט קיין תפלין?
סיפורי צדיקים, דאווענען, מלמדים, סדר היום, תפלין, מנין, יראת שמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר ווי איך באגראב זיך פאר בושה, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אזא ירידה אין רוחניות ווי יעצט, איך דאווען נישט, און איך לייג נישט קיין תפלין, רחמנא ליצלן.


יעדער האלט מיך פאר א חשובער אינגערמאן, קיינער ווייסט אבער נישט אז איך לייג נישט קיין תפלין. איך בין א מלמד אין א תלמוד תורה, איך לייג אריין אין די קינדער אמונה און קדושה, אין די צייט וואס איך בין אזוי טיף אין דער ערד.


וואס מיינט דאס? וואס האט פאסירט מיט מיר? וואס גייט פאר מיט מיר? איך קען זיך נישט מוחל זיין אז דאס איז געשען צו מיר. ביז איך כאפ זיך אז איך האב נישט געלייגט היינט תפלין - איז שוין נאך די שקיעה; ביז איך באמערקט אז איך האב נאכנישט געדאווענט שחרית - איז שוין צייט צו דאווענען מעריב.


איך לויף אין חדר אן גארנישט, איך כאפ א מקוה און איך לויף אריין אין קלאס. איך פרוביר אפילו נישט אויפצושטיין פריער. איך ווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, פשוט עס אינטערעסירט מיר נישט קיין שחרית, מנין, תפלין, און קיין שום זאך.


איך וויין, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, וואלסטו געוויסט דאס גרויסקייט פון אנטון תפילין - וואלסטו אויפגעשפרינגען אינדערפרי אנטון די הייליגע תפילין. תפילין קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, תפילין היט דעם מענטש ער זאל נישט זינדיגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁא יֶחֱטָא", ווער עס גייט מיט תפילין וועט זיכער נישט צוקומען צו עבירות; ווייל ווען מען פרייט זיך מיט די תפילין - ווערט מען צוגעקלעבט צום אין סוף ברוך הוא.


הויב נישט אן דיין טאג מיט קיין שום זאך, דאס ערשטע זאך זאלסטו לויפן אין שול אנטון טלית ותפילין, טו אן די הייליגע תפילין של יד און די הייליגע תפילין של ראש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמות, רמז רכב): "אמרו ישראל לפני המקום אנו רוצים ליגע בתורה יומם ולילה אבל אין לנו פנאי", אידישע קינדער זאגן פארן אייבערשטן, 'וואס זאלן מיר טון? מיר ווילן אזוי שטארק לערנען תורה א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, אבער מיר האבן נישט קיין צייט, מיר דארפן ברענגען פרנסה', "אמר להם הקדוש ברוך הוא, קיימו מצות תפילין ומעלה אני עליכם כאילו אתם יגעים יומם ולילה", זאגט דער אייבערשטער: 'טוט אן די הייליגע תפילין, און איך וועל דאס רעכענען אזוי ווי איר לערנט פאר מיר א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט'.


מוהרא"ש דערציילט, אין טברי' האט געוואוינט דער הייליגער צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין ארץ ישראל, אין טברי' - האבן זיי זיך געטראפן. אמאל איז צוגעקומען צום צדיק אן אלטער מענטש, קרוב צו די ניינציג יאר, און זיך אויסגעקרעכצט: "רבי, עס איז מיר פארעקלט צו לעבן, איך וויל שוין שטארבן", האט דער צדיק רבי אברהם אים געזאגט: "די טיפש וואס דו ביסט, עס לוינט זיך דיר נישט דאס לעבן אז דו וועסט קענען נאך איין טאג אנטון די הייליגע תפילין?!"


בעט איך דיר זייער, הויב נישט אן דיין טאג איידער דו גייסט אין שול אנטון טלית ותפילין, און זיכער זאלסטו זיך נישט דערוואגן צו זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא - אן לייגן טלית ותפילין. קענסט זיין א מלמד נאר אז דו גייסט אין שול אינדערפרי דאווענען; אז דו ווילסט זיין א מלמד, עוסק זיין מיט נשמות ישראל - דארפסטו האבן יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - זאל איך בארגן געלט צו קויפן תפלין דרבינו תם?
חובות, פרנסה, הפצה, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, ספעציעל אין די יעצטיגע שווערע מצב דא אין ארץ ישראל.


פאר בערך אנדערהאלבן יאר צוריק האב איך באשטעלט פאר מיר תפלין דרבינו תם, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט, און איך האב אוועקגעלייגט געלט פאר דעם.


עטליכע חדשים צוריק בין איך אבער געווען אין גאר א געדרוקטע מצב, און איך האב גענוצט די געלט וואס איז געווען אוועקגעלייגט פאר די תפלין. למעשה בין איך נאכאלץ זייער געדרוקט אין געלט, און היינט האב מען מיך גערופן אז די תפלין איז גרייט פאר מיר, און יעצט דארף איך עס באצאלן.


וואס טו איך יעצט? זאל איך בארגן געלט פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יא, בארג געלט צו קענען לייגן צוויי פאר תפילין, און זאלסט באצאלן צוביסליך.


איינער פרעגט מוהרא"ש (שו"ת ברסלב חלק כ, ב' תקא) ער האט אביסל געלט אדער צו קויפן תפילין דרבינו תם, אדער צו געבן פאר הדפסה, אדער פאר א חבר צו קומען קיין אומאן, וואס זאל ער טון, וואס איז דאס וויכטיגסטע? מהרא"ש ענטפערט: "איזו שאלה אתה שואל", וואס פאר א פראגע פרעגסטו? "הרי יש פוסקים שאומרים שמי שלא מניח תפילין דרבינו תם הוא בכלל קרקפתא דלא מנח תפילין", עס זענען דא פוסקים וואס זאגן, אויב מען לייגט נישט תפילין דרבינו תם איז מען א קרקפתא דלא מנח תפילין, "עד כדי כך זה חמור", אזוי הארב איז לייגן תפילין דריבנו תם, בפרט אז דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל לייגן ביידע פאר תפילין, רש"י ורבינו תם, פון די טאג וואס מען האט בר מצוה, "ולכן למה אתה שואל איזו צדקה לתת קודם", איז וואס איז די פראגע 'וואס איז וויכטיגער?' "קודם צריכים לקנות לעצמו תפילין דרבינו תם", דאס ערשטע זאלסטו קויפן תפילין דרבינו תם, כי חבל על כל יום שאתה עובר ולא מניח תפילין דרבינו תם", ווייל עס איז א שאד יעדן טאג וואס גייט אריבער אן לייגן רבינו תם תפילין.


וואויל איז דעם וואס לייגט יעדן טאג ביידע פאר תפילין, וועט ער זוכה זיין צו אלע ברכות וישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי קען איך האבן יעדן טאג א געפיל צום דאווענען?
דאווענען, עבודת השם, תפלין, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך זייער באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף די געוואלדיגע שיעורים און בריוו, אלעס וואס איך לעב ברוחניות ובגשמיות איז נאר אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, פון א שגץ וואס זוכט עבירות בין איך געווארן איבערגעדרייט צו א איד וואס וויל זיין נאר גוט און וואויל און ערליך, אמאל האב איך פיינט געהאט דאס דאווענען און היינט שטיי איך אויף פארטאגס און איך לויף אין מקוה און איך לויף צום דאווענען, פון ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז מיין לעבן געווארן אזוי זיס און שיין, עס פלעגט דורכגיין גאנצע טעג וואס איך האב גארנישט געלערנט און היינט לערן איך ברוך ה' יעדן טאג דריי בלאט גמרא, שנים מקרא ואחד תרגום, ח"י פרקים משניות, בית נצחי, און שיעורים אין די הייליגע ספרים עצתו אמונה און אשר בנחל, אויסער די לימודים וואס מען לערנט ביי אונז אין ישיבה.


און יעצט נאך מיין לאנגע הקדמה וועל איך צוקומען צו מיין שאלה; זייט מיין בר מצוה האב איך קיינמאל נאכנישט פארפעלט צו דאווענען מיט מנין ביז איין טאג לעצטע וואך, איך בין געגאנגען לערנען און העלפן מיין זיידע ביז שפעט ביינאכט, און ווען איך בין אהיימגעקומען בין איך געווען זייער מיד און ליידער בין איך געגאנגען שלאפן אן דאווענען מעריב, ערשט אינדערפרי נאך שחרית האב איך זיך געכאפט אז איך האב נעכטן פארפאסט א תפלה, און איך האב שוין נישט געקענט משלים זיין די נעכטיגע מעריב, און איך וויל פרעגן ווי אזוי איך קען דאס מתקן זיין?


נאך א וויכטיגע שאלה, זייט איך בין מקורב געווארן צו ברסלב פרוביר איך צו דאווענען אלע דריי תפלות ווארט ביי ווארט און אינזין די פירוש המילות מיט געפיל און געשמאק, אבער עס מאכט זיך טעג וואס איך שטיי אויף אן קיין שום געפיל, איך גיי טאקע אין מקוה און איך שטעל זיך דאווענען, אבער קוים וואס איך שלעפ די ווערטער, אן קיין שום געפיל און טעם, און איך האב דאס זייער נישט ליב, אזא סארט דאווענען איז ביי מיר גארנישט ווערד, איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה ווי אזוי צו קענען דאווענען אלץ מיט געפיל און חשק און אינזין האבן די ווערטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צוויי וויכטיגע נקודות זאלסטו וויסן. ערשטנס א מענטש איז נישט קיין מאשין און נישט קיין מלאך; מען דארף דינען דעם אייבערשטן, דאווענען און לערנען, טון מצוות און מעשים טובים - ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייסן. מען דאווענט נישט מיט מנין ווייל מען דאווענט יעדן טאג מיט מנין, און מען לייגט נישט קיין תפילין ווייל מען לייגט יעדן טאג תפילין, מען לייגט תפילין ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, און אז מען האט נעכטן נישט געלייגט קיין תפילין לייגט מען היינט תפילין. אזוי אויך מיט דאווענען מיט מנין, מען דאווענט נישט מיט מנין ווייל מען דאווענט יעדן טאג מיט מנין, נאר ווייל דער אייבערשטער זאגט, און אז מען האט נעכטן נישט געדאווענט - דאווענט מען היינט. מען טאר נישט ווערן צעבראכן פון וואס עס איז געווען, מען דארף זיך שטענדיג באנייען, דינען דעם אייבערשטן.


צווייטנס מען קען נישט ערווארטן צו טון מצוות מיט געפיל, מען דארף דינען דעם אייבערשטן, טון זיין ווילן, טון וואס שטייט אין די תורה - אפילו אן קיין געפילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - וואס איז דער תיקון פאר'ן פארגעסן צו לייגן רבינו תם'ס תפלין?
הלכה, פרנסה, דאווענען, תשובה, תפלין, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך פרוביר אייביג צו לייגן רבינו תם'ס תפילין גלייך נאך רש"י'ס תפלין, לעצטנס האט זיך אבער געמאכט עטליכע מאל וואס איך בין אויפגעשטאנען פונקט אין צייט נאר צו כאפן א מנין און דאווענען פאר'ן לויפן צו די ארבעט.


פאריגע וואך דאנערשטאג, בין איך ארויס געלאפן פון שול מיט'ן חשבון אז איך וועל לייגן רבינו תם שפעטער ביי מנחה, למעשה האב איך מיר דערמאנט ביינאכט אז איך האב פארגעסן צו לייגן רבינו תם'ס תפלין.


וואס קען איך טון פאר א תיקון? און וואס קען איך טון אז עס זאל מיר וויי טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ביי מיר איז א וואונדער אז מען הויבט אן לייגן ביי די בר מצוה תפילין של רש"י, פארוואס זאל מען נישט אויך לייגן תפילין דרבינו תם?" און אזוי פירט מען זיך ביי אנשי שלומינו, מען טוט אן גלייך ביידע פאר תפילין.


נעם זיך פאר אנצוטון ביידע פאר תפילין אינאיינעם, רש"י מיט רבינו תם, און אז דו דארפסט לויפן צו די ארבעט - זאלסטו אויך אנטון רבינו תם אינאיינעם, שטופ עס נישט אפ פאר שפעטער; דאס וועט זיין דיין תיקון.


אויך זאלסטו זיך פארנעמען צו לערנען מיט די תפילין א סעיף אין שולחן ערוך, מחבר און רמ"א; מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען הלכה מיט תפילין דרבינו תם. אויך שטייט פון אריז"ל, אז מען לערנט מיט תפילין דרבינו תם - שפירט מען נאכדעם זייער א גרויסע ליכטיגקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - אז דער אייבערשטער דארף נישט די ערשטע מצוה, דארף ער דען מיין תפלין?
שידוכים, התחזקות, תפילה והתבודדות, צרות, קשיות, תשובה, בחור, תפלין, לצנות, מקובלים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואו איז דער באשעפער? חיזוק ארבעט שוין נישט פאר מיר, עס האט נאר געארבעט ביז די 28 יאר, יעצט ווען ווער איך שוין באלד 30 יאר ארבעט מער נישט קיין חיזוק.


איך מיין עס איז דערנאך, איך זוך אפשר א חלקה אין די ברסלב'ע בית החיים, די "עכטע בית החיים״, אפשר דארטן איז דא מער חיזוק פאר מיר.


איך בין אזוי אליין, איך ווייס נישט צי עס איז דא נאך איינער וואס איז אזוי אליין ווי מיר, ממש גארנישט ווייניגער ווי אין א שטרענגע פארמאכטע תפיסה. איך וויל מזכה זיין די ראש ישיבה מיט די מצוה פון פדיון שבוים, אויב עס איז בכלל שייך.


איך האב מורא אז צוליב מיין פארמאכטקייט און דאס נישט האלטן פון זיך ווייל איך האב קיינמאל געהאט נישט קיין נארמאלע טאטע און מאמע, בין איך בכלל נישט געווען גרייט חתונה צו האבן. אבער איז עס דען מיין שולד? איך האב נישט געהאט קיינמאל א בחירה בכלל צו קענען לעבן ווי א נארמאלער מענטש און אן ערליכע איד, יעצט קען איך נישט חתונה האבן איז ״למה לי חיים״, כל שכן אז מיין חיים איז נישט חיים, פארוואס דארף איך דאס?


געוויסע מקובלים זאגן מיר אז עס איז נישט מיין שולד, עס איז מיין מאמע וואס האט מיר חרוב געמאכט מיין לעבן, מיר האבן געהאט זייער אן אנגעצויגענע שטוב, זיי האבן נישט קיין עצה פאר מיר, נאר זיי זאגן דעם אמת אין פנים אריין. איך מיין נאר צו ברענגען א ראי', אויב איך בין זיך נישט גענוג מסביר, אז זיי זעען די מציאות.


איך געב אוועק מיין תפילין, איך האב שוין נישט כח צו דעם. אז דער אייבערשטער לאזט מיר נישט מקיים צו זיין די ערשטע מצוה אין די תורה, מיין איך אז ער דארף אויך נישט די מצוה פון תפילין פון מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליינענדיג דיינע ווערטער דערמאן איך זיך די ווערטער וואס מוהרא"ש זאגט: "אין צער כצערו של בחור", נישטא אויף די וועלט אזא ווייטאג ווי די ווייטאג פון א בחור; קיינער אין די וועלט ווייסט נישט וואס א בחור גייט אריבער. די לעבן איז אים נישט ווערד, עס פעלט אים אלע גוטע זאכן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס אן א ווייב - "שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה", דער לעבט אן קיין שמחה, "בְּלֹא בְּרָכָה", דער לעבט אן קיין ברכות, "בְּלֹא טוֹבָה", דער ווייסט נישט וואס מיינט גוט, "בְּלֹא תּוֹרָה", מען האט נישט קיין תורה, "בְּלֹא חוֹמָה", מען לעבט אן קיין מויער, "בְּלֹא שָׁלוֹם", אן קיין פרידן; די אלע זאכן האט מען נישט פאר די חתונה. דער מדרש (בראשית רבה יז, ב) לייגט צו נאך זאכן וואס פעלט פאר'ן חתונה האבן: "בְּלֹא עֵזֶר", מען האט נישט קיין העלפער, "בְּלֹא כַּפָּרָה", מען האט נישט קיין פארצייער, "בְּלֹא חַיִּים", עס איז נישט קיין לעבן.


קיינער אין די וועלט פארשטייט נישט וואס א בחור גייט אריבער, ווי שווער עס איז אים; אבער דאס מיינט נישט אז מען מעג אריינפאלן אין יאוש, נישטא אזא זאך 'חיזוק העלפט שוין נישט', עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט: "חיזוק ארבעט שוין נישט פאר מיר"; צי דען האסטו פארגעסן וואס דער רבי האט געשריגן מיט זיין גאנצע כח (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "געוואלד זייט אייך נישט מייאש! קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען!" אז דער רבי האט געזאגט נישטא קיין יאוש - מיינט דאס אלעמען, דער רבי האט דאס דיר אויך געזאגט, דער רבי האט דיר אויך געמיינט.


רעד זיך נישט איין אז אין קבר וועט דיר זיין בעסער; די צער און ווייטאג אין קבר איז אזוי שרעקליך, ווי שווער עס איז דיר יעצט - איז דאס נאר א משל צו די צער וואס איז דא אין קבר. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פד) אויף די משנה (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ", דער יצר הרע זאל דיר נישט אפנארן, "שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", אז דער קבר איז א פלאץ וואו מען קען זיך ראטעווען; דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען, עס קען זיין מען זאל כאפן א ביס פון א ווארעם אדער א פליג און מען זאל נישט שפירן דעם ביס, ווייל מען איז אזוי אריינגעטון אין אנדערע זאכן, אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טרדות און מחשבות וואס זאלן אוועקנעמען די קאפ פון הערן ווי די ווערים קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע איינציגסטע ריר וואס די ווערים קריכן און בייסן; מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע ביס פון די ווערים און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.


וואס איז יא די עצה? די עצה איז - זאלסט זוכן א ליידיגע פלאץ וואו מענטשן געפונען זיך נישט, דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים דערציילן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר - אויף דיין אייגענע שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן; זאלסט אים בעטן ברחמים ובתחנונים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט טרעפן דיין שידוך, זאלסט נישט מיד ווערן; זאלסט דאס טון טאג נאך טאג מיט סבלנות, אפילו עס וועט אריבערגיין אויף דיר שווערע ביטערע נסיונות, אפילו דער יצר הרע ברענט אין דיר און דו פאלסט אראפ, זאלסטו מיט עקשנות ווייטער בעטן דעם אייבערשטן און אים אלעס דערציילן בתמימות ופשיטות. דער קבר איז נישט קיין האפענונג, דער רבי איז אן האפענונג, די עצה פון רבי'ן, פון התבודדות ותפילה - דאס איז א בית מנוס, א פלאץ וואו מען קען אנטלויפן.


על כן מיין ליבער ברודער, נעם אן מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר, גיי שוין יעצט אין א ליידיגע פלאץ און שמועס זיך אויס דאס הארץ. וויין צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, פון טענה'ן מיט'ן אייבערשטן. קוק ווערטער וואס דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בלק, קצה.) ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר - וויל איך נישט בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן, "אַנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", נישטא קיין גרעסערע פארגענוגן ביים אייבערשטן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענער מענטש וואס וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, דער אייבערשטער ענטפערט פאר א צעבראכענע הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


דו ביסט אין כעס אויף דיינע עלטערן, דו ביסט ברוגז אויף זיי; איך ווייס נישט אויב זיין ברוגז אויף זיי וועט דיר עפעס העלפן אין לעבן. געדענקסט אוודאי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יא), מיט'ן בן מלך וואס מען האט פארביטן און פארטריבן; איז ער געווארן זייער ברוגז, 'היתכן ער דארף אנטלויפן, ער קען נישט זיין אין שטוב', ער האט גע'טענה'ט: "ממה נפשך קומט מיר נישט אזא שווערע לעבן; בין איך דער בן מלך - קומט מיר צו זיין קעניג, בין איך א בן השפחה - קומט מיר אויך נישט צו זיין א פארטריבענער"; איז ער געגאנגען שיכור'ן און געגאנגען אין שמוץ פלעצער טון עבירות, נאכדעם האט ער תשובה געטון; ער האט געטראכט 'אויב עס איז יא אזוי, אז דער אייבערשטער קען פארבייטן א בן מלך - מעג איך זיך אזוי אויפפירן, שיכור'ן און טון עבירות?! אז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן אזא שווערע לעבן - איז דאס נישט קיין תירוץ איך זאל טון עבירות'; ער האט תשובה געטון און ער איז צוגעקומען צו ווערן מלך. זעט מען פון דעם אז אויב מען איז מקבל אלעס באהבה, מען נעמט אן וואס דער אייבערשטער טוט; אנשטאט האבן טענות אויף די עלטערן, אנשטאט האבן טענות אויף די גאנצע וועלט, איז מען אלעס מקבל באהבה - דעמאלט איז מען זוכה צוצוקומען צו די העכסטע מדריגה.


לאז אפ די אלע וואס פאררופן זיך מקובלים; מוהרא"ש זאגט: ווער איז א בעל מקובל? ווי אזוי קען מען וויסן ווער עס איז א מקובל? ווער זאגט אז יענער איז א צדיק, אפשר איז ער א בלאפער? מוהרא"ש לייגט דאס אריין אין די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:) מען האט געפרעגט רבי חנינא בן דוסא: "מִנַּיִן אַתָּה יוֹדֵעַ", פון ווי קען מען וויסן אויף איינעם אויב ער איז אן אמת'ער בעל מקובל אדער נישט? "אָמַר לָהֶם, אִם שְׁגוּרָה תְּפִלָּתִי בְּפִי", האט ער זיי געענטפערט: אויב לייגט ער אריין אין מיר תפילה, ער רעדט פון תפילה און שטארקט מיר צו מתפלל זיין, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְקֻבָּל", דעמאלט ווייס איך אז ער איז א מקובל, "וְאִם לָאו", אבער אויב רעדט ער נישט פון תפילה, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְטֹרָף", ווייס איך אז ער איז א צעדרייטער, א משוגע'נער, ער איז ווייט פון זיין א מקובל; אז מקובלים זאגן דיר: "דיין טאטע איז דיר שולדיג, דיין מאמע איז דיר שולדיג!" פאר דעם דארף מען נישט זיין א מקובל, ווארפן א שולד אויף עלטערן - דאס וועט דיר יעדע טערעפיסט זאגן מיט פארמאכטע אויגן; זיי זיכער אז דער וואס פאררופט זיך 'מקובל' האט אויך טענות אויף זיינע עלטערן. דעריבער בעט איך דיר, לאז אפ די אלע וואס גיסן אויל צו די פייער, מען העצט דיר אויף, דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג; דאס העלפט גארנישט, עס מאכט נאר ערגער.


טו וואס דער בן מלך האט געטון, זאג די ווערטער וואס ער האט געזאגט: אויב דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די עלטערן - איז דאס נישט קיין תירוץ איך זאל זיין דערביטערט און דעפרעסט, איך וועל תשובה טון, איך וועל אנטון תפילין און טון אלע מצוות בשמחה.


ווארף נישט אוועק דיינע הייליגע תפילין; נעם די הייליגע תפילין, גיי אין שול און געב א קוש די הייליגע תפילין, בעט איבער דעם אייבערשטן פאר'ן שרייבן אזעלכע ווערטער, אפילו בדרך ליצנות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "כִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בָּרוּךְ הוּא, אָסוּר לוֹמַר דִּבְרֵי הֲלָצוֹת אֲפִלּוּ בְּדֶרֶךְ שְׂחוֹק", אויפ'ן אייבערשטן טאר מען נישט זאגן קיין ווערטלעך, און אויף די הייליגע תפילין טאר מען נישט זאגן קיין ווערטלעך.


אז דו וועסט טון וואס שטייט אין דעם בריוו - וועסטו זען אז דו וועסט בקרוב שטיין אונטער די חופה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי קען איך ארויסקריכן פון עבירות?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאל ליידער דורך אסאך מאל אין די הארבע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, און אויך פארגעס איך אסאך מאל צו לייגן תפלין רחמנא ליצלן, איך שפיר אז איך האב שוין פארלוירן די פארבינדונג מיט'ן אייבערשטן.


ווי אזוי קען איך שטארקן צו געדענקען צו לייגן תפלין יעדן טאג, און נישט אראפפאלן אין הארבע עבירות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה - איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן די הייליגע חכמים (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", עס איז אזוי ווי ער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


אז דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דו ליגסט אין שאול תחתית - איז נאר דא די איין עצה פון זאגן אסאך משניות און אסאך בלעטער גמרא. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה - וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד"; דעריבער זאלסטו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות און אסאך גמרא, דאס וועט דיר געבן די כוחות זיך אפצולאזן פון די שרעקליכע עבירה.


נאך א עצה פון רבי'ן איז דא, די עצה פון תפילה והתבודדות; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן די גאנצע זאך; ווי שווער עס איז אים צו זיין ערליך, ווי שווער עס איז אים מיט די זאך, ווי דער יצר הרע ארבעט אויף אים און ווארפט אים אראפ נאכאנאנד. התבודדות איז, מען רעדט צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מען רעדט צום אייבערשטן אויף מאמע לשון, מען בעט אים אזוי ווי מען בעט א חבר. נעם די עצה, גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער הערט דיך נישט, עס קען זיין אין א ליידיגע שטוב וכדומה, און זאג די ווערטער:


"רבונו של עולם איך דארף דיין הילף, איך זינדיג אין די עבירה פון פגם הברית, איך בין מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך וויל דאס אבער נישט טון, איך פאל אראפ אין דעם אבער איך וויל נישט; איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, איך שפיר ווי איך פארליר מיינע כוחות; העלף מיר, ראטעווע מיר, הצלינו אב הרחמן. וואס וועט זיין מיט מיר, איך וויל נישט פארווארפן ווערן פון די וועלט און יענע וועלט. איך ברענג מיר צרות, איך ווייס אז די עבירה מאכט אלע צרות; אלע מחלוקות, אלע שלעכטס - אלעס קומט פון די עבירה, בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר!"


אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן; בעט אים, וויין צו אים; קודם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים, ווייל ווען א מענטש קומט צום אייבערשטן און זאגט דעם אייבערשטן: "איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך" - נעמט ער אראפ אלע דינים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות - בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות; ווען א מענטש טוט תשובה - מעקט דער אייבערשטער אויס זיינע זינד.


זיי שטארק מיט די צוויי עצות: תורה, תפילה והתבודדות - וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט ארויסגיין פון די טומאה.

#1 - ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין אנצוטון רבינו תם תפלין?
עבודת השם, תפלין, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען איך האב חתונה געהאט איז געווען נאך פאר איך בין אנגעקומען קיין היכל הקודש, מיין טאטע'ס מנהג איז אז מען זאל נישט אנהייבן לייגן רבינו תם תפילין ביז ערשט נאך שנה ראשונה, למעשה א יאר נאך מיין חתונה האט מיר א רב געזאגט איך זאל נישט לייגן קיין רבינו תם תפילין אויך נישט נאך שנה ראשונה.


איך ווייס אז אין ברסלב איז מען יא מקפיד אויף רבינו תם תפילין, אבער איך האב אביסל מורא אנצוהויבן לייגן ווייל איך זע מענטשן זענען מזלזל אין דעם, מען לייגט עס שפעט נאכמיטאג, אדער זענען דא מענטשן וואס האבן רבינו תם תפילין און לייגן עס בכלל נישט.


קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א ביטע געבן חיזוק איך זאל וועלן אנטון רבינו תם תפילין? און ווי אזוי קען איך זיכער מאכן אז עס ווערט נישט א זלזול ביי מיר ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו שוין באשטעלן תפילין דרבינו תם און ביז ווילאנג דיינע תפילין זענען נישט גרייט זאלסטו בארגן תפילין דרבינו תם.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "מיר איז א וואונדער פארוואס א בר מצוה בחור הייבט אן לייגן תפילין נאר רש"י, פארוואס זאל ער נישט אנהייבן גלייך מיט ביידע תפילין - סיי רש"י און סיי תפילין דרבינו תם".


וואס האסטו מיט אנדערע? וואס קוקסטו אויף אנדערע? אז מען קוקט אויף אנדערע איז מען אין א גרויסע סכנה, ווייל היינט איז עס רבינו תם תפילין, מען לייגט נישט קיין רבינו תם - ווייל אנדערע לייגן נישט, מארגן וועסטו זען אנדערע געפאלענע וואס לייגן נישט רש"י - וועסטו זאגן 'איך לייג נישט קיין רש"י תפילין ווייל 'אנדערע' לייגן נישט', השם ישמרינו.


פון היינט זאלסטו מקפיד זיין אנצוטון יעדן טאג ביידע תפילין, די צוויי פאר תפילין גייען אינאיינעם; מאך נישט נאך די פוילע מענטשן וואס טוען אן רבינו תם די לעצטע מינוט אין טאג, רש"י און רבינו תם גייען אינאיינעם.


נישטא אזא זאך מען האט צייט אנצוטון נאר איין פאר תפילין; אין דעם זכות וועסטו האבן אריכות ימים ושנים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין מַאֲרִיךְ יָמִים", ווער עס טוט אן תפילין וועט האבן אריכות ימים; אין דעם זכות וועסטו זיין אפגעהיטן פון עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁלֹא יֶחֱטָא", ווער עס טוט אן תפילין וועט נישט זינדיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.