שאלה אין קורצן ענין
#1432 - וואס טו איך אז איך ווער עלטער און איך שפיר ווי אן אויסגענוצטע שמאטע?
לימוד התורה, פרנסה, תכלית, עלטערע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם אזוי סאך חיזוק פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז איך קען זיך נישט גענוג באדאנקען אויף דעם.


איך וויל פרעגן א זאך וואס קוקט אפשר אויס ווי א קלייניקייט אבער פאר מיר איז עס א גרויסע צרה; איך ארבעט ביי א געוויסע קאמפאני שוין פאר די לעצטע צוואנציג יאר, לעצטנס האבן זיי מיר אנגעהויבן צאלן ווייניג, ווייל זיי טענה'ן אז איך האב שוין נישט די כוחות צו ארבעטן געהעריג. איך קען שוין נישט יעצט אנהויבן זוכן און טון א נייע פרנסה, האב איך נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו זיין דארט פארשקלאפט, ארבעטן יעדן טאג א גאנצן טאג פאר די פאר דאלער וואס איך באקום.


איך וויין אסאך ביי די נעכט ווייל ס'טוט מיר זייער וויי. כ'האב אוועקגעגעבן מיינע שענסטע יארן ארבעטנדיג שווער פאר די קאמפאני, און יעצט ווען איך וויל שוין האבן אביסל מנוחה, דארף איך ווייטער ארבעטן שווער, אבער איך באקום כמעט גארנישט, איך שפיר ווי אן אויסגענוצטע שמאטע. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויינען וואלסטו געדארפט די אלע יארן וואס דו האסט געמיינט אז דו האסט עפעס וכו', די אלע יארן וואס דו האסט אוועק געגעבן דיין צייט פאר די ביזנעס, האסט אוועק געגעבן דיין משפחה, דיינע קינדער, דיין שחרית מנחה מעריב - פאר די ארבעט; דעמאלט ביסטו געווען א רחמנות, יעצט ווען מען לייגט דיר אין די זייט וכו', - ביסטו שוין א געהאלפענער; לכל הפחות יעצט ווען דו זעסט מיט דיינע אויגן וואס דער לעבן איז - קענסטו אנהייבן לעבן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "הָעוֹלָם הַזֶּה אֵינוֹ כְּלוּם", נישטא גארנישט אויף דער וועלט, "רַק לִמְשֹׁךְ אֶל הַתַּכְלִית הַנִּצְחִי", אויסער דינען דעם אייבערשטן, "וְאֵין לְהִסְתַּכֵּל אִם יִהְיֶה לוֹ מָעוֹת אִם לָאו", מען דארף זיך נישט זארגן אויב מען וועט האבן געלט אדער נישט, "כִּי בֵּין כָּךְ וּבֵין כָּךְ יְבַלֶּה יָמָיו בְּשָׁוֶה", סיי מיט געלט און סיי ווען מען האט נישט קיין געלט גייט אריבער דער לעבן אייניג. "כִּי הָעוֹלָם הַזֶּה מַטְעֶה אוֹתָנוּ לְגַמְרֵי", די וועלט נארט אונז, "שֶׁמַּרְאֶה אֶל הָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַרְוִיחַ בְּכָל פַּעַם", עס דאכט זיך שטענדיג אז יעצט מאכט מען אסאך געלט, "וּבַסּוֹף אֵינוֹ כְּלוּם", און ביים סוף האט מען גארנישט קיין געלט, "כַּאֲשֶׁר נִרְאֶה בְּחוּשׁ בְּרֹב בְּנֵי אָדָם שֶׁעוֹסְקִים וְעוֹבְדִים יָמִים וְשָׁנִים בִּסְחוֹרוֹת וּמַשָּׂא וּמַתָּן, וּלְבַסּוֹף כְּשֶׁבָּאִין לְחֶשְׁבּוֹן אֵין נִשְׁאָר בְּיָדָם כְּלוּם", אזוי ווי מען זעט קלאר, רוב מענטשן ארבעטן זייער גאנץ לעבן און ביים סוף ווען מען מאכט די חשבון וואו די געלט איז - זעט מען אז מען האט גארנישט, עס איז א גרויסער דמיון, "וְאִם אֲפִלּוּ מַשִּׂיג מָעוֹת לוֹקְחִין אוֹתוֹ מִן הַמָּעוֹת", און אפילו די מענטשן וואס פארדינען יא געלט - האבן אויך גארנישט פון די געלט, מען נעמט זיי אוועק פון די געלט, "וְהַכְּלָל, שֶׁשְּׁנֵיהֶם אֵין לָהֶם קִיּוּם בְּיַחַד, דְּהַיְנוּ הָאָדָם עִם הַמָּעוֹת", נישטא אזא זאך עס זאל בלייבן ביידע זאכן - דער מענטש מיט די געלט, "רַק אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הַמָּעוֹת מִן הָאָדָם", אדער פארלירט מען די געלט, "אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הָאָדָם מֵהַמָּעוֹת", אדער בלייבט די געלט און דער מענטש גייט אוועק פון די געלט, מען שטארבט, "וּמֵעוֹלָם לֹא נִמְצָא שֶׁיִּשָּׁאֵר אֶחָד עִם הַמָּעוֹת, רַק כַּנִּזְכָּר לְעֵיל", עס איז נאכנישט געווען אזא זאך אז דער מענטש זאל בלייבן אויף דער וועלט מיט זיין געלט. "גַּם הֵיכָן הוּא כָּל הַמָּעוֹת שֶׁעוֹשִׂין מִימוֹת עוֹלָם?" דער רבי פרעגט, אויב געלט איז א מציאות, דאן וואו איז די געלט פון די גאנצע וועלט, "כִּי מֵעוֹלָם עוֹשִׂין תָּמִיד מָעוֹת, וְהֵיכָן הוּא כָּל הַמָּעוֹת", אלע מאכן דאך שטענדיג געלט, איז וואו איז די געלט? "רַק בֶּאֱמֶת אֵינוֹ כְּלוּם לְגַמְרֵי", נאר וואס דען, די גאנצע זאך פון געלט איז א דמיון; קוק נאך די גאנצע שיחה פון רבי'ן.


א נס אז דו האסט זיך יעצט געכאפט וואו דו ביסט אויף דער וועלט, קענסטו זיך כאטשיג יעצט אנגרייטן אביסל צדה לדרך; באלד גייען מיר אוועק אויף א לאנגע וועג, מען וועט דארט זיין זייער הונגעריג און דורשטעריג, מען דארף זיך אנגרייטן עסן און טרינקען פאר די לאנגע וועג, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן כג) "בָּעוֹלָם הַבָּא מֻנָּחִין כַּמָּה בְּנֵי אָדָם בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים בְּקוֹל מַר", אויבן אין הימל איז דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול: "תְּנוּ לָנוּ מַה לֶּאֱכֹל", געבט אונז עסן, מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטעריג, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים לָהֶם: 'הֲרֵי לָכֶם אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה אִכְלוּ וּשְׁתוּ'", מען ברענגט זיי עסן, מען זאגט זיי דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע טרינקען, "וְהֵם מְשִׁיבִים 'לֹא לֹא, אֵין אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה זֹאת, רַק אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה שֶׁל תּוֹרָה וַעֲבוֹדָה'", די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען, "וְכֵן מֻנָּחִים כַּמָּה בְּנֵי אָדָם עֲרֻמִּים בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים גַּם כֵּן מְאֹד", נאכדעם איז דא נשמות וואס שרייען: "תְּנוּ לָנוּ בַּמֶּה לְהִתְכַּסּוֹת", ברענגט אונז קליידער מיר דארפן זיך צודעקן, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים: 'הֲרֵי לָכֶם מַלְבּוּשִׁים'", מען ברענגט זיי קליידער, מען זאגט זיי דא האט איר קליידער, "וְהֵם מְשִׁיבִים: 'לֹא, אֵין אֵלּוּ מַלְבּוּשִׁים נִצְרָכִים לָנוּ כְּלָל'", זאגן זיי ניין, ניין, נישט די סארט קליידער דארפן מיר: "רַק אָנוּ צְרִיכִים מִצְווֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים לְהִתְלַבֵּשׁ בָּהֶם", מיר דארפן קליידער פון מצוות און מעשים טובים. דער רבי האט אויסגעפירט: "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָּה פְּרָקִים מִשְׁנָיוֹת וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כָּךְ אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דער מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות און טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים.


דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט רחמנות געהאט אויף דיר, ער האט דיר אויפגעוועקט פון דיין טיפע לאנגע שלאף. וואס וואלסטו געטון ווען מען הייבט דיר אויף העכער און העכער אין די ארבעט, וואלסטו געמיינט ביזן שטארבן אז דו האסט עפעס, דו וואלסט זיך גענארט ביזן גרוב מיט דיין גוטע ארבעט און דו וואלסט אוועק פון דער וועלט מיט א גוטע דשאב, מיט א גוטע סעלערי; יעצט האסטו כאטשיג צייט זיך צו גרייטן מיט תכלית און זיך גוט אויסלאכן פון די וועלט וואס נארט אפ יעדן איינעם.


איך וויל דיר פרעגן א פריוואטע קשיא, ווער נישט באליידיגט; האסט שוין איין מאל געענדיגט אין דיין לעבן ששה סדרי משנה? האסט שוין איין מאל גענדיגט ש"ס בבלי? ירושלמי? תוספתא? רמב"ם? טור? שלחן ערוך? מדרש רבה? מדרש תנחומא? זוהר הקדוש? תיקוני זוהר? אויף דעם דארפסטו וויינען ביינאכט, דאס טאר נישט לאזן שלאפן דעם מענטש; ביסט שוין נישט קיין אינגערמאן, מיט וואס וועסטו צוריק גיין צום אייבערשטן...?!


הייב אן לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה; גרייט זיך אן פון די ריכטיגע סחורה וואס בלייבט ביים מענטש אין די עלטערע יארן, אזוי ווי רבי נהוראי זאגט: (קידושין פב:): "שֶׁכָּל אוּמָנוּת שֶׁבָּעוֹלָם אֵין עוֹמְדוֹת לוֹ אֶלָּא בִימֵי יַלְדּוּתוֹ", אלע סארט ארבעט ברענגט געלט אין די יונגע יארן, "אֲבָל בִּימֵי זִקְנוּתוֹ הֲרֵי הוּא מוּטָל בָּרָעָב", אבער אין די עלטערע יארן ווען מען קען מער נישט ארבעטן גייט מען אויס פאר הונגער, "אֲבָל תּוֹרָה אֵינָה כֵּן", אבער די תורה איז נישט אזוי, "עוֹמֶדֶת לוֹ לְאָדָם בְּעֵת יַלְדוּתוֹ, וְנוֹתֶנֶת לוֹ אַחֲרִית וְתִקְוָה בְּעֵת זִקְנוּתוֹ", דער וואס לערנט תורה - העלפט עס לעבן אין די יונגע יארן און אין די עלטערע יארן; דאס בלייבט מיט'ן מענטש, דאס נעמט מען מיט.


א פרייליכן יום טוב.

#1431 - מיר זענען ספרד'ישע, זאל איך זיך שערן נאך די חתונה?
שערן די האר, כלה, מסורה, קבלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין א כלה ברוך ה', איך האב געטון אסאך סגולות און קבלות צו ווערן א כלה, און איינע פון די זאכן איז געווען א תפלה וואס איך האב געטראפן אין עצתו אמונה וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן פאר איינעם וואס זוכט א שידוך, איך האב יעדן טאג ביי שחרית געזאגט די תפילה צו ווערן א כלה ביז איך בין ברוך ה' געהאלפן געווארן בשעטו"מ, האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר אלע חיזוק און אויך פאר די תפילה וואס איך האב געהאט א שטארקע געפיל צו דעם און עס געזאגט כמעט יעדן טאג פאר איך בין געווארן א כלה.


יעצט האב איך געוואלט פרעגן עפעס וואס איך בין צומישט פון דעם און איך וויל אז דער ראש ישיבה זאל מיר געבן א קלארע תשובה. וועגן שערן די האר נאך די חתונה. איך ווייס אז ביי די אשכנז'ישע פרויען איז זייער הארב זיך נישט צו שערן די האר, אבער ביי די ספרד'ישע איז זייער הארב זיך יא צו שערן. איך האב געהערט אז ס'שטייט אז די ווייב פונעם ס"מ שערט זיך און ס'איז זייער הארב זיך צו שערן. די זאך איז אז איך און אויך מיין חתן זענען ספרד'ישע, מעג איך זיך שערן אדער טאר איך נישט?


ביטע אויב די ראש ישיבה קען מיך ענטפערן, ס'איז מיר זייער חשוב צו וויסן וואס איז ריכטיג צו טון.


און נאכאמאל א יישר כח פאר אלע חיזוק. דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח אונז ווייטער מחזק צו זיין אויף די וועגן פונעם הייליגן רבי'ן, און מקרב זיין אידן צום אייבערשטן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר זיך שערן; נישטא קיין גרעסערע זאך פאר א אידישע פרוי ווי זיך שערן די האר. אז מען שערט זיך אפ די האר - נעמט מען אראפ אלע דינים פון זיך און פון די גאנצע משפחה; נישט קיין אונטערשייד פון וואו מען שטאמט, אשכנז'ישע, ספרדי'שע - אלע דארפן ישועות, רפואות און נחת פון די קינדער.


די אלע וואס זאגן אז על פי קבלה טאר מען נישט שערן - דאס איז דמיונות; ערשט על פי קבלה דארף מען זיך אפשערן! דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס".


אז איר וועט אראפנעמען אייערע האר וועט איר מקרב זיין די גאולה. מוהרא"ש זאגט, דער הייליגער צדיק רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "די גאנצע גאולה הענגט אויף א האר"; די פרויען וואס שערן זיך נישט זייער האר, דאס האלט אפ משיח פון קומען. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "א שאד וועגן אביסל האר זאל מען ליידן אזויפיל צרות".


וואויל איז די וואס גייען בתמימות ובפשיטות אין די וועגן פון די הייליגע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1430 - וואס טו איך אז מיין ווייב וויל נישט איך זאל לערנען אינדערהיים?
שלום בית, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב וויל נישט איך זאל לערנען אינדערהיים, און איך בין פאריאגט און פארפלאגט, און איך קום ממש נישט אן צו לערנען אויסער חומש מיט תרגום נאכ'ן דאווענען. וואס קען איך טון צו לערנען מער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זי איז הונדערט פראצענט גערעכט; זי ווארט אויף דיר א גאנצן טאג, דו קומסט אהיים טויזנט אזייגער, זי באדינט דיר, זי ברענגט דיר עסן און גלייך ווילסטו לויפן לערנען; זי וויל רעדן מיט דיר, זי וויל שמועסן מיט דיר, זי וויל דיר דערציילן ווי אזוי איר טאג איז אריבער; זי ווארט א גאנצן טאג ווען וועסטו אהיים קומען זי זאל קענען מיט טיילן איר טאג מיט דיר.


אז דו וועסט איר געבן צייט, דו וועסט איר העלפן און איר אויסהערן - וועט זי דיר נישט שטערן צו לערנען, זי וועט זיך פרייען אז דו לערנסט אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#1429 - וואס טו איך מיט מיין בחור וואס מאכט מיר אוועק כסדר?
חינוך הילדים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם וואס שטערט מיך זייער, מיין זון - אן ערוואקסענער בחור - שרייט אויף מיר און קריטיקירט מיך אויף יעדע קליינע זאך, וואס ער קען טרעפן אז איך פיר זיך עפעס נישט אויף ווי די הלכה איז לויט זיין פארשטאנד, וועט ער מיר גלייך פארהאלטן, און ער האלט מיך אין איין אוועקמאכן. איך שפיר ווי איך האלט עס נישט אויס, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט זיך אביסל צו שפעט אויפגעוועקט; חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען גאר קליין, ווען זיי זענען צוויי יאר, דריי יאר, פיר יאר - דעמאלט איז צייט זיי אויסצולערנען ווי אזוי מען רעדט צו טאטע מאמע.


זייער אסאך מאכן דעם טעות, מען לאזט די קליינע קינדער אויפוואקסן קרום, מען לאזט זיי ענטפערן די עלטערן מיט חוצפה, מען זאגט 'יעצט זענען זיי נאך קליין, מען דארף זיי נישט מחנך זיין', און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף - האט מען צער פון זיי.


אויב דו האסט נאך קליינע קינדער זאלסטו שוין אנהייבן זיי מחנך זיין ווי אזוי מען רעדט צו טאטע מאמע; שלמה המלך זאגט (משלי כג, יג-יד): "אַל תִּמְנַע מִנַּעַר מוּסָר", האלט זיך נישט צוריק פון זאגן מוסר פאר דיין קינד ווען ער איז יונג, "כִּי תַכֶּנּוּ בַשֵּׁבֶט, לֹא יָמוּת", האב נישט מורא אים צו שלאגן, ער וועט נישט שטארבן פון א פאטש, "אַתָּה, בַּשֵּׁבֶט תַּכֶּנּוּ", דו זאלסט אים שלאגן, "וְנַפְשׁוֹ, מִשְּׁאוֹל תַּצִּיל", אזוי וועסטו אים ראטעווען פון גיהנום.


יונגע קינדער דארף מען מחנך זיין צו פאלגן טאטע מאמע, קינדער דארפן וויסן אז א טאטע זאגט יא איז יא, אז א מאמע זאגט ניין איז ניין, און אז דאס קינד פאלגט נישט - געבט מען קליינע פעטשעלעך, אזוי ראטעוועט מען דאס קינד פון שלעכטס, אזוי וואקסן זיי אויף געזונט.


יעצט מיט דיין בחור איז שוין אביסל שפעט, יעצט דארפסטו שוין ארבעטן מיט חכמה; ווען ער פירט זיך אויף נישט דרך ארץ'דיג זאלסטו אים זאגן: "מען טאר נישט אזוי רעדן צו א טאטע".


גרינגער וועט דיר זיין זיך אנצונעמען פאר דיין ווייב; ווען דו הערסט אים רעדן נישט שיין צו דיין ווייב, זאלסטו אים באמערקן דערויף און זאגן: "מען קען נישט רעדן אזוי צו מאמי", און דיין ווייב וועט דיר העלפן, ווען זי הערט ווי ער רעדט צו דיר נישט שיין וועט זי אים זאגן: "מען קען נישט רעדן אזוי צו טאטי"; אין יעדע פאל זאלסטו אים זאגן: "מען קען נישט רעדן אזוי צו א טאטע".


חינוך איז פון די העכסטע זאכן ביי אידישע קינדער; ווען מען זעט זיך מיט קינדער מחוצפים, עזות פנימ'ער - ווייסט מען נישט ווער איז דער פראבלעם, רוב מאל איז דאס די עלטערנ'ס פראבלעם, זיי האבן נישט מחנך געווען די קינדער, און ווען מען זעט קינדער בעלי דרך ארץ - איז די קרעדיט די עלטערנ'ס. שלמה המלך זאגט (משלי יג, א): "בֵּן חָכָם", א קלוג קינד, "מוּסַר אָב", איז ווייל ער האט א טאטע וואס האט אים געלערנט ווי אזוי זיך צו פירן, "וְלֵץ", און קינדער וואס זענען לצים, "לֹא שָׁמַע גְּעָרָה", איז ווייל זיי האבן נישט געהערט קיין געשריי, נאך זאגט ער (שם כב, טו): "אִוֶּלֶת, קְשׁוּרָה בְלֶב נָעַר", קינדער זענען צוגעבינדן מיט נארישע נאטורן, "שֵׁבֶט מוּסָר, יַרְחִיקֶנָּה מִמֶּנּוּ", מיט שטראף נעמט מען אוועק די נארישקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#1428 - פארוואס לערנען די ליטווישע פלייסיגער פון די חסידישע?
חסידות ברסלב, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, דאווענען, חסידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א זאך וואס טוט מיר זייער שטארק וויי. איך דריי זיך אסאך מאל אין א גרויסע ליטווישע ישיבה צוליב מיין ארבעט, און איך זע ווי אזוי זיי לערנען שעות אויף שעות מיט א מורא'דיגע חביבות התורה, וואס איך האב קיינמאל נישט געזען פארדעם. איך וויל פארשטיין ווי אזוי זיי האבן אזא חשק צו לערנען, וואס מ'זעט נישט ביי די חסידישע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז ווייל ביי זיי האט מען געלייגט מער געוויכט אויף לערנען ווי ביי חסידים; ביי חסידים האט מען געלייגט מער דגוש אויף דאווענען און ביי די ליטווישע האט מען געלייגט מער דגוש אויף לימוד התורה, דעריבער זעט מען ביי זיי מער התמדה אין תורה; נישט אז חסידים לערנען נישט, חסידים לערנען זייער פלייסיג, אבער דארט זעט מען א שטארקע התמדה וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש.


עס איז באוויסט וואס דער רבי האט געזאגט: "איך וועל נעמען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע, איך וועל פועל'ן ביי מיינע לייט זאלן האבן די מעלות פון ביידע"; דער רבי האט גערעדט סיי פון דאס גרויסקייט פון תורה און סיי פון דאס גרויסקייט פון תפילה, דאס זעט מען טאקע ביי ברסלב'ער חסידים, יעדער איינער האט שיעורים בכל התורה כולה, מען לערנט מיט א מורא'דיגע התמדה, שטענדיג האלט מען מיט זיך א ספר; אדער א חומש, אדער א משניות, אדער א תהלים און ווען מען האט נאר אפאר איבריגע מינוט כאפט מען אריין לערנען, מען פרובירט צו פאלגן דעם רבי'ן כאטשיג צו ענדיגן איין מאל אין לעבן וואס דער רבי האט געוואלט מיר זאלן ענדיגן אין איין יאר.


רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן עו): "פַּעַם אֶחָד חָשַׁב רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מַה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לִלְמֹד בְּכָל יוֹם עַד שֶׁאֵין הַיּוֹם מַסְפִּיק", דער רבי האט אונז אויסגערעכנט וויפיל מיר דארפן לערנען און ענדיגן יעדעס יאר, אזויפיל שיעורים - אז עס איז נישטא קיין צייט אין טאג אזויפיל צו לערנען, "דְּהַיְנוּ לִגְמֹר בְּכָל שָׁנָה שַׁ"ס עִם הָרִי"ף וְהָראֹ"שׁ", ענדיגן יעדעס יאר גאנץ ש"ס מיט רי"ף און רא"ש, "וְאַרְבָּעָה שׁוּלְחָן עָרוּךְ הַגְּדוֹלִים", ענדיגן יעדעס יאר אלע פיר חלקים שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים, "וְכָל הַמִּדְרָשִׁים כֻּלָּם", און אלע מדרשים, "וְכָל סִפְרֵי הַזֹּהַר וְתִקּוּנִים וְזֹהַר חָדָשׁ", און גאנץ זוהר מיט תיקוני זהר, "וְכָל סִפְרֵי קַבָּלָה מֵהָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", אלע ספרים פון הייליגן אריז"ל, "גַם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם בִּקְצָת עִיּוּן", אויך דארף מען לערנען אביסל עיון יעדן טאג, אבער אלע אנדערע שיעורים זאל מען לערנען שנעל אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ווי דער רבי זאגט (שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.): 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


א פרייליכן יום טוב.

#1427 - זאל איך ארייננעמען אין חדר קינדער פון בעלי תשובה?
קינדער, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מנהל אין א תלמוד תורה, לעצטע וואך איז געקומען צו מיר א פרומער איד, א בעל תשובה פון ארץ ישראל, און ער וויל אריינלייגן זיינע קינדער ביי אונז. איך האב גערעדט צו זיינע קינדער, זיי קוקן אויס וואוילע קינדער, אבער איך ווייס נישט וואסערע חינוך זיי האבן באקומען פאר זיי זענען אהער געקומען, זאל איך זיי אריין נעמען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו זיי ארייננעמען; וואס זענען מיר בעסער ווי זיי? הלואי זאלן מיר אויך תשובה טון, מיר זאלן אויך זיין בעלי תשובה.


די אלע וואס גרויסן זיך אויף אידישע קינדער און נעמען נישט אריין קיין קינדער פון אזעלכע משפחות, נאר פון אזעלכע סארט משפחות - די זענען עתיד ליתן את הדין, זיי וועלן דארפן אפגעבן אן ענטפער אויף נשמות ישראל וואס וואלגערן זיך אין די גאסן, אזוי ווי ירמיהו הנביא קלאגט (איכה ד, א-ב): "תִּשְׁתַּפֵּכְנָה אַבְנֵי קֹדֶשׁ בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת, בְּנֵי צִיּוֹן הַיְקָרִים הַמְסֻלָּאִים בַּפָּז".


אז דו וועסט אכטונג געבן אויף זיי וועט דער אייבערשטער אכטונג געבן אויף דיינע קינדער.


א פרייליכן יום טוב.

#1426 - ווי אזוי זאג איך אפ אן ארבייטער וואס טוט נישט זיין ארבעט?
פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אריינגענומען א געלונגענער אינגערמאן צו ארבעטן ביי מיר אין אפיס, אבער למעשה טוט ער נישט זיין ארבעט ווי ס'דארף צו זיין. נאכ'ן רעדן צו אים אפאר מאל שיינערהייט האב איך אויסגעפינען אז די סיבה איז ווייל ביי זיין פריערדיגע ארבעט האט מען אים זייער אויסגענוצט און יעצט איז אים שוין שווער אויסצופירן זיין ארבעט נארמאל.


יעצט זע איך זיך מיט א טייערער ארבעטער, איך צאל אים אסאך געלט, אבער ער טוט נישט ריכטיג זיין ארבעט, אבער איך וויל אים נישט אוועקשיקן ווייל איך וויל נישט וויי טון א איד, ווי אזוי געב איך זיך א עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז ער טוט נישט זיין ארבעט - זאלסטו אים שיינערהייט זאגן ער זאל זיך זוכן עפעס אנדערש.


דאס הייסט נישט וויי טון; אז דו וועסט שרייען אויף אים, דו וועסט אים מבזה זיין - דאס טאר מען נישט. אוועק שיקן איז נישט וויי טון; אז ער טוט נישט זיין ארבעט - זאל ער זיך זוכן עפעס אנדערש וואס צו טון.


רעד צו אים שיין און קלאר, זאג אים וואס דו זעסט, פרעג אים וואס ער זעט; ער וויל אויך נישט זיצן ביי דיר סתם אויף קעסט, רעד מיט אים קלאר און אפן.


אויף יעדע זאך זאלסטו געדענקען צו בעטן דעם אייבערשטן; מענטשן מיינען אז מען בעט דעם אייבערשטן נאר אויף שרעקעדיגע זאכן, נאר ווען מען איז טויט קראנק און די דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן; מען ווייסט נישט פון די זיסע געשמאקע איינגענעמע זאך וואס דער רבי לערנט אונז, מיר זאלן זיין ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן יעדע רגע און יעדע מינוט.


אז דו דארפסט א גוטע ארבעטער - זאלסטו דאס בעטן דעם אייבערשטן, אז דו דארפסט אוועק שיקן אן ארבעטער - זאלסטו דאס אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, ביז דו וועסט וויסן וואס צו טון און ווי אזוי דאס צו טון.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז אויס די זאך פון תפילה, יעדע זאך וואס מיר דארפן זאלן מיר בעטן פונעם אייבערשטן.


א פרייליכן יום טוב.

#1425 - זאל איך אפהאקן מיט א חבר וואס שערט די בארד און פיאות?
התחזקות, חברים, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער א נאנטער חבר אין ישיבה, לעצטנס האט ער זיך אנגעהויבן שערן די בארד און פיאות, איך ווייס נישט וואס צו טון, זאל איך אפהאקן מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום! בלייב נאנט מיט אים, זיי אים מחזק; רעד מיט אים פון הייליגן רבינ'ס עצות און התחזקות, ווייל דאס אז ער שניידט די בארד און פיאות - דאס איז א סימן אז ער דארף אסאך חיזוק, דאס ווייזט אז עפעס א שווערע צייט גייט ער אריבער און ער דארף יעצט מער חיזוק.


אזוי איז מיט אלע בחורים און אינגעלייט וואס הייבן אן פליקן די בארד און שניידן זיך קלענער און קלענער די פיאות; דאס איז פון צעבראכנקייט, פון יאוש.


א פרייליכן יום טוב.

#1424 - וואס טו איך אז מיין ווייב און קינדער לאזן מיר אפ?
שלום בית, קינדער, מדות טובות, עלטערע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין אין די מיטעלע יארן, און איך האב זיך קיינמאל נישט גוט אויסגעקומען מיט מיין ווייב; איך מאך שוין בקרוב חתונה מיין יונגסטע קינד, און מיין ווייב זאגט אז נאך די קינד'ס חתונה איז שוין צייט זיך צו צעטיילן, ווייל ביז יעצט האט זי נישט געוואלט ווייל זי האט נישט געוואלט ס'זאל שאטן פאר שידוכים, אבער יעצט וויל זי זיך שוין צוטיילן.


איך בין זייער צובראכן פון דעם, איך בין שוין נישט יונג, איך האב געהאט זייער א שווערע לעבן, אויך מיינע קינדער קוקן נישט אויף מיר, און איך קען נישט בלייבן איינזאם אליין, איך וועל עס נישט דורכטראגן.


איך האב לעצטנס אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, האב איך באשלאסן צו שרייבן מיין ווייטאג, אפשר וועט דער ראש ישיבה האבן עפעס אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף וועם האסטו טענות - אויף דיין ווייב? אויף דיינע קינדער?! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עדיות ה, ז): "מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ", דיינע גוטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מקרב זיין און דיינע שלעכטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מרחק זיין.


הייב אן רעדן שיין צו דיין ווייב וועט זי רעדן שיין צו דיר, רעד שיין צו דיינע קינדער וועלן זיי קומען צו דיר און רעדן מיט דיר; דאס לעבן איז ווי א שפיגעלע. שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", ווען מען קוקט אריין אין וואסער מיט א שמייכלדיגע פנים זעט מען צוריק א שמייכל און ווען מען קוקט אריין מיט א ברוגז'דיגע פנים זעט מען צוריק א ברוגז פנים; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף אנדערע - וועט מען אכטונג געבן אויף דיר.


עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, מען קען אלץ פאררעכטן; פיר זיך שיין צו דיין ווייב - וועט זי בלייבן מיט דיר.


א פרייליכן יום טוב.

#1423 - וואס טוט איך אז מיין זון האט זיך צעטיילט קוים א יאר נאך זיין חתונה?
שלום בית, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געמאכט מיין זון, אין אנהויב זענען זיי געווען זייער פרייליך און צופרידן, אבער קוים א יאר איז אריבער נאך די חתונה און זיי האבן זיך שוין צעטיילט, ער איז מיר אהיימגעקומען, און איך ווייס אפילו נישט פונקטליך וואס די מעשה איז דארט געווען.


איך מיט מיין ווייב זענען זייער צובראכן פון דעם, זיי האבן שוין א קינד, אבער אונזער זון קען נישט זען דאס קינד, און מ'ווייסט נישט וואס וועט דא זיין.


אויך גייט מיר נישט קיין שידוך פאר מיין קומענדיגע זון, ווייל מענטשען קוקן שוין שלעכט אויף מיין משפחה, אפשר קען מיר די ראש ישיבה ארויסהעלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' האזינו, ט' תשרי, ערב יום הכיפורים, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו קענסט העלפן זיי זאלן צוריק גיין - זאלסטו זיכער טון וואס דו קענסט נאר אז דיין זון זאל צוריק גיין און עס זאל זיין שלום, און אז נישט - זיי מתפלל צום אייבערשטן עס זאל נישט זיין קיין גט.


זיי זיך מחזק און זיי מחזק דיין ווייב, און אודאי און אודאי זאלסטו מחזק זיין דיין קינד.


האב נישט מורא פאר דיין נאמען פאר שידוכים; שידוכים האט נישט מיט א נאמען, שידוכים האט נאר מיט'ן אייבערשטן, דער אייבערשטער - ער איז מזווג זיווגים.


איך ווייס נישט די מעשה, איך ווייס נישט ווער איז אוועק געגאנגען פון וועם און פארוואס; אויב איז עס תלוי אין דיר - זאלסטו טון אלעס אויף דער וועלט אז זיי זאלן צוריק גיין לעבן בשלום. א גט איז א שרעקליכע זאך, בפרט ווען עס איז דא א קינד - ווערט דער קינד גע'שחט'ן; עס וועט גארנישט נוצן, דאס איז א מציאות; קינדער פון גע'גט'ע שטובער זענען קרבנות, לעבעדיגע קרבנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#1422 - זאל איך לערנען 'ערשטע הילף' אויב וועל איך נישט אריינגיין אין 'חברה הצלה'?
הצלה, ערשטע הילף

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מיט מיינע חברים הערן אויס צוזאמען די שיעור יעדן דארנעשטאג נאכט, איינמאל האב איך געהערט ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה רעדט וועגן די גרויסקייט צו זיין אן הצלה מעמבער, האב איך געטראכט צו זיך מיט ביטערניש אז איך בין זיך דאך געגאנגען לערנען צו ווערן אן הצלה מעמבער ווייל איך וויל העלפן אידן, עס האט מיר גענומען א לאנגע צייט און אסאך כח, און יעצט ווען איך האב שוין די לייסענס וויל מיך די הצלה נישט ארייננעמען, וויפיל מאל איך פרוביר קומען זיי יעדעס מאל מיט אן אנדערע תירוץ.


איך פארשטיי נישט פארוואס א אינגערמאן זאל זיך וועלן גיין לערנען און אוועקגעבן פון זיין טייערע צייט, אויב ער ווייסט נישט צי די הצלה וועט אים בכלל אננעמען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' האזינו, ט' תשרי, ערב יום הכיפורים, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין אן "הצלה מאן"; אז מען ראטעוועט אפילו נאר איין מענטש איין מאל אין לעבן - איז אזוי ווי מען ראטעוועט די גאנצע וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כל המקיים נפש אחת מישראל, מעלה עליו הכתוב כאילו קיים עולם מלא", ווער עס ראטעוועט איין מענטש איז אזוי ווי ער האט געראטעוועט די גאנצע וועלט.


מוהרא"ש האט זייער אויסגעלויבט די מענטשן פון חברה הצלה, ער האט געמאכט אין יבנאל זאלן זיין לכל הפחות זעקס און דרייסיג מעמבערס, ער האט זיי גערופן 'ל"ו צדיקים'; מוהרא"ש האט געזאגט: "משיח וועט קומען נאר בזכות די אינגעלייט וואס לויפן ראטעווען אידישע קינדער און טוען חסד מיט אידישע קינדער", און איך בין אויך זייער מעודד מיינע תלמידים זאלן זיך לערנען די פאך ווי אזוי צו ראטעווען מענטשן.


מען דארף נישט זיין א חלק פון חברה הצלה צו ראטעווען מענטשן; אז מען לערנט זיך צו קענען ראטעווען מענטשן - וועט זיכער אויסקומען אז מען וועט ראטעווען מענטשנ'ס לעבן.


איך ווייס פעלער ווי אינגעלייט האבן געראטעוועט דאס לעבן פון מענטשן אן דעם וואס זיי זאלן זיין אין א גרופע פון הצלה; א אינגערמאן, א תלמיד פון ישיבה האט מיר דערציילט: "דער ראש ישיבה האט מיר געבעטן יארן צוריק איך זאל זיך לערנען ראטעווען מענטשן, איך האב אזוי געטון"; און אזוי ווי ביי דיר איז אויך ביי אים, חברה הצלה האט אים נישט אריינגענומען, "דעם זומער בין איך געווען נעבן א געשעפט, פלוצלינג הער איך שרייען 'ראטעוועט! ראטעוועט!' איך לויף אהין און איך זע ווי א מיטליעריגער איד זיצט אין קאר און שטיקט זיך, ער קען נישט אטעמען; די ווייב זיצט דארט און שרייט, זי זעט איר מאן גייט אויס פאר אירע אויגן; איך האב אים ארויסגעשלעפט פון קאר און געארבעט אויף אים אפאר מינוט און אים געראטעוועט זיין לעבן"; דער אינגערמאן זאגט מיר: "די גוטע טעם וואס איך שפיר יעצט אז איך האב געגעבן לעבן פאר א צווייטן איד - איז נישט מסביר צו זיין; יעצט זע איך אז עס האט זיך מיר געלוינט די הונדערטער שעות וואס איך האב אריינגעלייגט אין דעם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#1421 - ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט א שווערן שכן?
שכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אן עצה פאר א פראבלעם וואס שטערט מיר זייער שטארק. איך האב געקויפט א דירה, און מיין שכן איז זייער א שווערער מענטש, ער געבט זיך נישט אפ מיט די האלוועי, ס'איז אלץ אנגעלייגט מיט שמוץ, און איך דארף עס כסדר אויפרוימען, אויך יעדע הוצאה וואס מ'דארף זיך צעטיילן גלייך אויף גלייך, דרייט ער זיך ארויס און אלעס פאלט אויף מיר, אויך מאכן זיינע קינדער כסדר קולות שפעט ביינאכט און די האלוועי און מ'קען נישט שלאפן.


כ'האב אים שוין געווארנט אז אויב ער וועט זיך נישט צושטעלן וועל איך אים רופן צו דין תורה, אבער ער מאכט זיך נישט וויסנדיג, ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב איז דאס א סכסוך פון געלט - זאלסטו גיין מיט אים צו א רב און דער רב וועט פסק'נען אזוי ווי די תורה זאגט.


אויף די אנדערע זאכן, די ווילדקייט פון די קינדער און די נישט צאמגענומענקייט וכו' וכו' - דאס איז א שווערע געשעפט; וואס קענסטו טון? און וואס קען דער שכן טון? וואס קענען עלטערן טון אז זייערע קינדער זענען מער לעבעדיג און מער צעפלויגן? האסט צוויי ברירות, אדער זיך אויפעסן דאס געזונט דיין גאנץ לעבן, אדער קוקן אויף די גוטס פון זיי און זיי ליב האבן.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק; אז עס איז דא ליבשאפט צווישן די שכנים - פאלן אוועק כמעט אלע פראבלעמען, ווייל שכנים מוזן זיך ליב האבן, אז נישט איז נישט ווערד די גאנצע הויז; עס איז נישט ווערד גארנישט אין לעבן ווען מען וואוינט מיט שכנים וואס קריגן זיך. עס זענען דא גבירים וואס האבן זיך געבויט פאלאצן און זיי זענען נעבעך אין מרה שחורה און עצבות וועגן דעם שכן און יענעם שכן, ווען עס האט באמת גארנישט צו טון מיט די שכנים; עס איז דער מענטש אליינס וואס וויל נישט איינבייגן דעם קאפ און אנערקענען אז עס איז דא א באשעפער וואס ער איז אלעס, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס און עס איז גארנישט דא אן אים.


טראג יעצט אריבער א שיינעם קעיק פאר דיינע שכנים און שרייב אפאר שיינע ווערטער: "לכבוד אונזערע בעסטע שכנים ...", וועסטו זען פלוצלונג אז עס וועט דיר מער נישט שטערן די גערודער און עס וועט דיר נישט שטערן די אנדערע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#1420 - ווי אזוי קען איך זיך בעסער פארשטיין מיט מיין איידעם?
שווער און שוויגער, תפילות אויף אידיש, נחת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' חתונה געמאכט מיין עלטסטע טאכטער פאר אפאר יאר צוריק און זיי האבן שוין א קינד ברוך ה', אויך איז מיין איידעם זייער גוט צו מיין טאכטער און ער העלפט איר ווען ער קען. איך האב אבער א פראבלעם אז מיין איידעם גלייכט נישט צו רעדן צו מיר, צו מיין ווייב קען ער רעדן צוויי שעה אין א צו, אבער ווען איך קום אהיים ענדיגט ער די שמועס אין אפאר מינוט און ער גייט אוועק. אויך ווען מ'קומט צו שמחות פרובירט ער צו שטיין ווייט פון מיר, אויך ביי די שבת סעודות איז ער נישט באקוועם אין מיין הויז, ער פארגינט מיר קוים א האלבע שמייכל פון מאל צו מאל, ער איז נישט באקוועם ווען איך הייב אויף זיין בעיבי, און ער האט נישט ליב ווען איך רוף אים.


איך זע נישט וואס איך האב געטון שלעכט, איך האב אים קיינמאל נישט געזאגט וואס צו טון, אויך האב איך זיך קיינמאל נישט געמישט אין זיינע געשעפטן, און איך האב אים אלץ געהאלפן סיי מיט געלט אדער וואס מעגליך, כ'ווייס נישט אויב איך רעד אפשר צו שיין צו אים און ער האט עס נישט ליב, אדער אפשר איז נארמאל אז אן איידעם שטייט ווייט פון זיין שווער, כ'האב אזויפיל יארן געווארט צו האבן אן איידעם, אבער ס'טוט מיר וויי אז איך פארשטיי זיך נישט מיט אים, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א נארמאלע זאך אז דער איידעם שעמט זיך פונעם שווער און פירט זיך צוריק געצויגן נעבן דעם שווער.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין טאכטער איז צופרידן, ער העלפט איר און איז איר געטריי; וואס נאך דארפסטו? וואס מער דארפן עלטערן ווי נחת ביי די קינדער?


איין זאך וואס איך פארשטיי נישט, וואס מיינסטו צו זאגן אז דו האסט אזויפיל יאר געווארט צו האבן אן איידעם? וואס דארף מען אן איידעם? וואס איז דא צו טון מיט אן איידעם?! לאז אים לעבן מיט דיין טאכטער; אז דיין טאכטער איז צופרידן וואס נאך דארפסטו? אז ער וויל שמועסן מיט דיר איז גוט און אז נישט איז נאך בעסער; וועט ער אהיים גיין שמועסן מיט דיין טאכטער און בויען זיין שטוב.


געוואוין זיך צו צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן; נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות ותפילה, די עצה וואס משיח צדקינו וועט אריינברענגען אין די וועלט; מען זאל רעדן צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים, דערציילן אלעס וואס גייט אריבער און אים דאנקען אויף אלעס.


גיי יעצט אין א ליידיגע פלאץ, זעץ דיך אוועק און זאג: "איך דאנק דיר אייבערשטער פאר מיין לעבן, פאר מיין ווייב און קינדער, פאר מיין חתונה געהאטע קינדער און אייניקלעך", - וועסטו שוין גארנישט דארפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#1419 - מעג איך אויסזאגן פאר'ן אייבערשטן אנדערע מענטשן וועלכע טשעפען מיר?
תפילה והתבודדות, בין אדם לחבירו, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די טעגליכע חיזוק און די בריוון, עס האט מיר אסאך מחזק געווען.


איך האב געוואלט פרעגן וועגן מאכן התבודדות און רעדן צום אייבערשטען כדבר איש אל רעהו. ווען איך רעד זיך אויס פאר'ן אייבערשטן זאכן וואס האט צוטון מיט אן אנדערן מענטש וואס האט מיר מצער געווען, שפיר איך ווי איך האב יענעם בארעדט פאר'ן אייבערשטן, און איך האב אמאל געהערט אז ס'קען ברענגן א קיטרוג חס ושלום. וואס איז די ריכטיגע וועג צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער גוט, איינער האט שוין געפרעגט די שאלה פאר פופציג יאר צוריק פון מוהרא"ש. קוק אין שאלות ותשובות אשר בנחל (אשר בנחל חלק יג, מכתב א' תשמה, א' פרשת בא שנת תשל"ה): "והנה אודות שאלתך, שהרי אמרו חז"ל (ברכות נה:) 'המוסר דין לשמים הוא בין הדברים שמזכירים עוונותיו של אדם'", אויף דיין פראגע וואס דו פרעגסט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (שם): "שלשה דברים מזכירים עונותיו של אדם", ווער עס טוט די דריי זאכן זוכט מען נאך אין הימל די עבירות פונעם מענטש, איינע פון די זאכן איז: "מוסר דין על חבירו לשמים", ווער עס בעט דעם אייבערשטן ער זאל באשטראפן זיין חבר וואס קריגט זיך מיט אים, מיט דעם מאכט ער זיך אליינס שלעכט, מען נעמט אפיר זיינע עבירות, "ואם כן לענין התבודדות ושיחה בינו לבין קונו, שצריכים לספר הכל לפניו יתברך בפרטי פרטיות, מה שעובר עליו, בכל מאורע וכו'", אויב אזוי, וויאזוי קען מען אלעס דערציילן דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף יעדע זאך? "ואם כן איך יכולים לספר בפרטיות שחבירי זה מצער אותי, וגורם לי מה שגורם וכו', הלא הוא בכלל מוסר דין על חבירו?" ווי אזוי קען מען דערציילן אלעס וואס מען גייט אריבער פונעם חבר, אלע צרות און שלעכטס, מען ווערט דאך א מוסר דין לשמים?


"ויש לומר, שהן אמת שהתבודדות צריכה להיות בתמימות ובפשיטות, כאשר ידבר איש עם רעהו, ולספר לפניו את כל צרותיו ומאורעותיו", נאר מען דארף טאקע דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער און רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, "אך כמו שאסור לספר לחברו שם המצער אותו, כי הוא בכלל לשון הרע, רק מספרים בדרך כלליות, שעובר עלי מאנשים מה שעובר וכו'", אבער מען דארף וויסן, אזוי ווי ווען מען דערציילט פאר א חבר וואס מען גייט אריבער טאר מען נישט יענעם זאגן דעם נאמען פון ווער עס מאכט די צער, ווייל עס איז בכלל לשון הרע, נאר מען שמועסט מיט'ן חבר פון די צער, נישט ווער עס מאכט עס, "כמו כן צריכים לדבר עמו יתברך, ולפרש כל שיחתו וכל אשר עם לבבו, וכל הייסורים שיש לו בפרטי פרטיות", אזוי דארף מען שמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים דערציילן אלע צרות און יסורים וואס מען ליידט, "אך לא להזכיר את שם המצער אותו וכו'", און נישט דערמאנען דעם נאמען פון דער וואס מאכט די צער.


מוהרא"ש פירט אויס, והעיקר דארף מען זאגן צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, חטאי המרובים מצערים אותי ומקפחים פרנסתי", הייליגער באשעפער, מיינע עבירות זענען מיך מצער, צוליב מיינע זינד האב איך נישט קיין פרנסה, "אנא ה', רחם עלי ומחול לי באופן שיתבטלו המצערים", איך בעט דיר אייבערשטער, זיי מיר מוחל, אזוי וועלן אלע מיינע פראבלעמען אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#1418 - פארוואס דארף איך ארייננעמען מיין טאכטער ווען מיין איידעם פארט קיין אומאן?
אומאן, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין איידעם איז לעצטנס נתקרב געווארן צו ברסלב, ער הערט אויס אייערע שיעורים, און ער איז געפארן אויף ראש השנה קיין אומאן.


דאס וואלט מיך נישט אזוי געשטערט, אבער וואס בין איך שולדיג אז ווייל ער פארט קיין אומאן דארף איך ארייננעמען מיין טאכטער אויף יום טוב צו מיר, זיי האבן קיין עין הרע א שטוב מיט קינדער?


שפעטער האב איך געזען א בריוו פון אייך ווי איר שרייבט פאר איינעם, "פארשאף פאר דיין ווייב א פלאץ וואו צו זיין אויף יום טוב", וואס הייסט "פארשאף"? איך בין דער וואס ווערט פארשאפט. אויף וועמענ'ס חשבון זאגט איר דאס אז מ'זאל זיך אנלייגן אויף מיר אויף יום טוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם מוז איך דיר זאגן אז דו ביסט א גוטער שווער, דו קריגסט זיך נישט מיט דיין איידעם, עס שטערט דיר נישט אז ער פארט קיין אומאן, דאס ווייזט אז דו ביסט א קלוגער מענטש; וויפיל מען הערט פון אינגעלייט וואס האבן צו טון מיט זייער שווער ווען זיי פארן ראש השנה קיין אומאן, ווי די שווער און שוויגער העצן אן די גאנצע משפחה קעגן זייער איידעם, ביז עס ענדיגט זיך מיט א גט השם ישמרינו.


יעצט צו דיין פראגע, וואס דו ברויזט אויף מיר אז איך האב דיר געשיקט דיין טאכטער וכו'; איך ווייס נישט ווער דו ביסט און ווער דיין איידעם איז, אז עס איז דיר שווער אריין צו נעמען דיינע קינדער אין אייניקלעך אויף יום טוב - דארפסטו דאס זיי זאגן. עס איז זייער וויכטיג ווען די חתונה געהאטע קינדער קומען מיט זייערע קינדער, זיי לייגן זיך אן אויף די עלטערן - זיי צו זאגן קלאר ווען יא צו קומען און ווען נישט צו קומען. אויב מען קען ארייננעמען די קינדער און אייניקלעך אויף א שבת אדער אויף א יום טוב, מען האט די כוחות צו קאכן, באקן און רוימען - איז זייער שיין זיי צו לאדענען אויף שבת און יום טוב, און אז מען זעט אז מען איז נישט ביי די כוחות - דארף מען זיי געבן צו פארשטיין אז מען קען נישט קומען זיך אריין פאקן מיט די גאנצע משפחה.


קומענדיגע יאר זאלסטו מסביר זיין פאר דיין איידעם אז עס איז שווער פאר דיר און דיין ווייב אריין צו נעמען דיין ווייב מיט די קינדער אויף יום טוב, ער זאל איר פארשאפן א פלאץ וואו צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#1417 - ווי אזוי שטארק איך זיך אז איך בין נישט אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן, התחזקות, ראש השנה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר אלע חיזוק וואס איך האב באקומען במשך דעם גאנצן יאר, וואס האט מחזק געווען מיר, מיין משפחה, און מיינע ידידים, דער אייבערשטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א כח און מח צו קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט פאר לאנגע געזונטע יארן.


עס טוט מיר זייער וויי אז איך האב נישט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, איך האב געהאט גאר שווערע מניעות און איך האב נישט געקענט אנקומען, און ספעציעל אז איך הער פון מיינע חברים אז אין היכל הקודש אין אומאן איז געווען אזא דערהויבנקייט און געשמאק, און איך האב דאס אלעס פארפאסט.


אויך האב איך געהערט א ווארט פון איינעם, "ווער ס'איז נישט געקומען צום רבי'ן, האט אים דער רבי נישט געשיקט קיין איינלאדענונג צו קומען", און דאס האט מיר זייער צעבראכן, פארוואס טאקע האב איך נישט באקומען קיין איינלאדענונג פונעם רבי'ן?


איך וויל וויסן ווער עס האט געזאגט דעם געדאנק, וואס איז פשט פון דעם, וועמען לאדענט מען יא און וועמען לאדענט מען נישט? און די וועלכע מ'לאדענט נישט, איז דאס ווייל זיי זענען נישט ראוי פאר דעם, אדער שיקט מען פאר יעדן אן איינלאדענונג נאר די מניעות האבן עס אפגעהאלטן פון אנקומען צום מענטש? איך האב אסאך בלבולים פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צעברעך זיך נישט פון קיין שום זאך, דער הייליגער רבי האט טאקע געהייסן קומען צו אים ראש השנה, דער רבי האט געזאגט אז יעדער איינער מוז קומען (חיי מוהר"ן, סימן תג), דאס מיינט אבער נישט צו זאגן אז ווער עס איז נישט געקומען זאל זיין בעצבות ובצער; דער זעלבער רבי זאגט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", דער זעלבער רבי זאגט אונז אז מיר דארפן זיך מוסר נפש זיין צו זיין פרייליך.


ווער נישט צעבראכן פון קיין שום זאך. ווען דו הערסט א שיחה זאלסטו קוקן וואס דו נעמסט ארויס פון די שיחה; איז דער שיחה דיר מחזק - איז גוט, און אז די שיחה צעברעכט דיר - זאלסטו יענעם זאגן די ווערטער וואס דער רבי האט געזאגט פאר די נשמה וואס איז געקומען פון הימל אים צעברעכן (חיי מוהר"ן, סימן צא): "לֶךְ לְךָ", גיי אוועק פון מיר, גיי אוועק פון מיר, "הָיִיתִי סוֹבֵר שֶׁתְּנַחֲמוּ אוֹתִי וּתְדַבְּרוּ עַל לִבִּי", איך האב געמיינט ביסט מיר געקומען מחזק זיין, "עַכְשָׁו אַתֶּם עוֹשִׂים לִי יִסּוּרִים", יעצט ווען איך זע ביסט מיר געקומען צעברעכן, "לְכוּ לָכֶם", גיי אוועק פון מיר, גיי אוועק פון מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א חתימה טובה.

#1416 - אויף וועלכע וועג זאל איך אנהויבן יעצט לערנען גמרא?
לימוד התורה, סיום הש"ס, מלמדים, היטן די צייט, קנאה, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אויך דאס יאר בין איך זוכה צוצוגיין צום שמחת תורה מיט אסאך שיינע סיומים וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען אין לויף פון דעם פארגאנגענעם יאר, איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער איך קוק זיך צו מיט קנאה צו אנדערע תלמידים וואס זענען זוכה צו לערנען און מסיים זיין פיל מער פון מיר, איך בין אבער א פארנומענער מענטש, איך בין א מלמד און איך לערן מיט די קינדער א גאנצן טאג, און איך קום אן נאר וויפיל איך קום אן.


אזוי ווי דעם קומענדיגן שמחת תורה הויבט זיך ביי מיר אן די פרישע יאר פון לימודים און שיעורים, און איך האב שוין זוכה געווען ברוך ה' מסיים צו זיין איינמאל ש"ס, וויל איך פרעגן אויב איך זאל נאכאמאל אנהויבן ש"ס כסדרן א בלאט נאך א בלאט, אדער זאל איך ענדערש נעמען איין מסכתא און עס איבערגיין 101 מאל?


איך מוז זיך נאכאמאל באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה, איך בין אריבער און איך גיי נאכאלץ אריבער פילע שוועריקייטן און עגמת נפש אין לעבן, און נאר אין זכות פון די שיעורים און חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א קען איך זיך שטארקן און ווייטער אנגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק נישט אויף אנדערע, זיי נישט מקנא אנדערע; מוהרא"ש זאגט, עס שטייט נישט קנאת סופרים תרבה 'סופרים' נאר (בבא בתרא כא.): "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה 'חָכְמָה'"; אז מען זעט אן ערליכער איד ווי ער איז פלייסיג אין זיין זאך - תרבה חכמה, נישט יענעם נאכמאכן, נאר תרבה חכמה; עס דארף מיר געבן א שטופ איך זאל באקומען א פרישקייט צו דינען דעם אייבערשטן אין מיין נקודה.


בנוגע דיין שאלה, אדער אנהייבן לערנען נאכאמאל ש"ס כסדרן און ענדיגן א צווייטע מאל אדער נעמען איין מסכתא און דאס איבער חזר'ן הונדערט און איין מאל; טו ביידע, האב א שיעור אין ש"ס כסדרן און אויך נעם א מסכתא און גיי דאס איבער מאה פעמים ואחד, וועסט זען אז עס איז דא צייטן וואס דאס ציט מער און צייטן וואס די אנדערע וועג ציט מער; א מענטש דארף האבן אלע וועגן אין לערנען אז אין יעדע צייט און אין יעדע מצב זאל ער האבן א וועג ווי אזוי צו לערנען.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, לערנען מיט קינדער; היינטיגע צייטן איז דאס די גרעסטע עבודה וואס איז נאר שייך, נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי לערנען מיט קינדער און אריינשיינען אין זיי א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א חתימה טובה.

#1415 - וואס מיינט דאס אז מיין זון גייט אוועק פון אונזער וועג און וויל פארן קיין אומאן?
אומאן, כיבוד אב ואם, קינדער, קליידער, חסידות ברסלב, ראש השנה, חסידות, חברים, מניעות, התנגדות, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון זאגט מיר אז ער פארט קיין אומאן, ער זאגט אז דער ברסלב'ער רבי האט געהייסן פארן ראש השנה קיין אומאן, און אלע שטערונגען זענען נאר מניעות, און מ'דארף אלעס צעברעכן און איבערקומען און יא פארן קיין אומאן.


דאס טוט מיר באמת זייער וויי, אויב איך - זיין טאטע - וויל נישט ער זאל פארן, בין איך דער יצר הרע?! קיינער קען גארנישט אריינרעדן?! קיינער האט נישט קיין אויטאריטעט אויף אים?! ער מעג זיך טון וואס ער וויל?!


און נישט נאר ער אליין, ער וויל נאר אויפווייזן פאר די גאנצע משפחה אז יעדער לעבט אין א טעות, אלעס איז גארנישט ווערד, נאר ברסלב איז די אמת'ע וועג. איז דאס ריכטיג? נישטא קיין ערליכע אידן אויף דער וועלט? איז דאס די ברסלב'ע וועג, אוועקצומאכן יעדן איינעם, קיינער איז נישט גוט, נאר זיי זענען גוט?!


לעצטנס איז ער זיך געגאנגען קויפן א געבלומטע בעקיטשע; איז דאס אויך ברסלב? אוועקצואווארפן די בגדים וואס זיין טאטע האט אים אנגעטון?


איך קוק עס אן ווי סתם פריקת עול, מ'וויל אראפווארפן פון זיך דעם עול פון די עלטערן און פון די רבי'ס, און זיך זוכן נייע וועגן, עס איז א פריקת עול מיט א הכשר למהדרין.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה מסביר זיין וואס דא גייט פאר, איז טאקע נאר ברסלב די וועג? ווער ס'האלט אנדערש איז דער יצר הרע און דער שטן אליין? איז דא נארמאלערע וועגן ווי אזוי צו מעסטן און וועגן זאכן,  אדער מוז די גאנצע וועלט זיך אונטערבייגן פאר ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וילך, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן אויף דיינע פראגעס.


די ערשטע שאלה וואס דו פרעגסט, דיין זון זאגט דיר אז אלע דארפן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, פרעגסטו אויב דו דארפסט אויך קומען קיין אומאן ראש השנה; וואס איז בכלל די שאלה? אודאי זאלסטו קומען אויף ראש השנה, נאכדעם וואס מען הערט פון א צדיק אמת ווי ער זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו) אז ער קען יעדן איינעם מתקן זיין ראש השנה; אפילו די וואס ער קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן; נאך האט ער געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענען תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה, - איז דאך א דבר פשוט אז מען דארף קומען.


א מענטש וואס האט אביסל אמונת חכמים, ווען ער הערט אזעלכע ווערטער פון א צדיק אמת - טראכט ער נישט קיין סאך, ער קומט גלייך קיין אומאן, ווער דארף דען נישט א גרויסער לויער וואס זאל אים פארטיידיגן ביים יום הדין ווען מען איז אים דן, אים מיט די גאנצע משפחה; זיין לעבן, די לעבן פון די משפחה, זיין פרנסה; אלעס אלעס איז מען דן ראש השנה.


אז דו ווילסט נישט קומען, דו פארשטייסט נישט די זאך פון אומאן - זאלסטו אבער נישט שטערן דיין זון פון קומען; אז דיין זון וויל קומען צום הייליגן רבי'ן זאלסטו אים מחזק זיין, ווייז אים אז דו פרייסט זיך אז ער וויל זיין גוט, ער זוכט א גוטע פלאץ וואו צו זיין ראש השנה.


איך פארשטיי פון די פראגע אז דו האסט נישט קיין הנאה אז דיין זון ציט צו ברסלב, דו ווילסט ער זאל געהערן ביי דיין חסידות; וויסן זאלסטו, דו מאכסט א גרויסער טעות; נישט נאר דו, נאר אסאך מאכן דעם טעות מיט דעם וואס זיי רודפ'ן זייער קינד ווען זייער קינד גייט אויף אן אנדערע וועג ווי זיי.


ווען מען זעט א קינד ציט צו א גוטע פלאץ, ער הייבט זיך אן דרייען מיט א גוטע חבורה פון א געוויסע חסידות, אדער ער ציט צו א ישיבה פון אן אנדערע אפשטאם ווי די עלטערן קומען – הייבן די טאטעס אן רודפ'ן זייער זון 'היתכן דו ביסט משנה פון די דרך פון דיינע עלטערן?' מען שטעכט אים, מען מאכט חוזק, מען טשעפעט אים אז מען האט נישט געהאלטן פון די חסידים, אדער פון די ליטווישע וועג; מען סטראשעט דעם קינד ער זאל נישט גיין אויף די וועג, מען קריגט זיך מיט אים, ביז עס ווערט א ריזיגער פייער אין די גאנצע משפחה און די עלטערן ווערן קראנק פון דעם.


דאס איז אלעס פון קטנות הדעת, מען טראכט נישט אריין וואס דא פאסירט; דער טאטע זאל נאר טראכטן איין מינוט אין טאג 'וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד חס ושלום חס ושלום גייט ארויס לתרבות רעה? וואס וואלט איך געטון ווען חס ושלום חס ושלום ער עסט טריפות און איז מחלל שבת וכו' וכו'? וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד קומט אהיים מיט לאנגע גרויסע האר ווי א שד רחמנא לצלן? וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד אנטלויפט אינגאנצן פון מיר, איך גיי אים שוין קיינמאל נישט זען, ער האט חתונה מיט גוים רחמנא לצלן? אזוי ווי מען הערט ליידער אזעלכע שרעקליכע מעשיות ביי חשוב'ע שטובער; יעצט ווען מיין קינד איז ערליך, עס איז אריין אין אים א רוח טהרה, ער זוכט עפעס פאר זיין נשמה, ער דריידט זיך ביי א געוויסע חסידות אדער ער ציט צו א ליטווישע ישיבה וואס שטימט נישט מיט מיין מח, צוליב דעם זאל איך אים רודפ'ן און אים שלאגן מכות רצח און מכות אכזריות?!' עס איז דאך נישטא קיין גרעסערע שטות פון דעם.


עלטערן דארפן טאנצן פאר שמחה ווען זיי זעען זייער קינד וויל זיין גוט, זיי דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז זייער קינד איז א איד און וועט בלייבן א איד, זיי וועלן האבן א קדיש זאגער נאך זיך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (בראשית רבה מט, ד): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בֵּן יָגֵעַ בַּתּוֹרָה כְּאִלּוּ לֹא מֵת", ווער עס לאזט איבער א קינד וואס לערנט תורה, ווערט עס גערעכנט כאילו מען איז נישט געשטארבן; ווי גליקליך איז דער מענטש אויבן אין הימל ווען ער לאזט איבער קינדער וואס גייען על דרך התורה.


דעריבער פרעג איך דיר, פארוואס זאלסטו זיך מאכן אומזיסטע עגמת נפש און צער? דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א זון וואס חבר'ט זיך מיט ערליכע אידן, א זון וואס גייט אין די וועג פון די הייליגע תורה; לאז אים אפ, לאז אים גיין וואו זיין הארץ ציט אים; ער גייט דאך נאר צו גוטע פלעצער, ער וויל זיין א ברסלב'ער חסיד, ער וויל פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון באקומען דעם תיקון וואס דער רבי האט מבטיח געווען, פארוואס זאלסטו אים שטערן?!


דו פרעגסט, אויב א טאטע לאזט נישט פארן זיין זון קיין אומאן אויב דער טאטע ווערט א חלק פונעם יצר הרע? א גוטע שאלה פרעגסטו; דאס איז זיכער, אז א טאטע וואס לאזט נישט זיין קינד גיין צום הייליגן רבי'ן איז א גרויסער שוטה, ווייל וואס ווילן דען עלטערן? נאר נחת, זען ווי די קינדער גייען אין די וועג פון די תורה; וואלטן זיי געדארפט טאנצן פאר שמחה אז זייער זון איז אנגעקומען צו א הייליגע חבורה. דו מיינסט אז ברסלב איז א שלעכטע פלאץ? ברסלב'ער חסידים זענען גרויסע צדיקים, ברסלב'ער חסידים לעבן טאג און נאכט מיט'ן אייבערשטן, זיי זענען זיך מתבודד, זיי זענען צוגעקלעבט צום אייבערשטן אזוי ווי גרויסע צדיקים פון פריערדיגע דורות.


אזוי ווי דיר זענען דא צענדליגער עלטערן וואס עסן זיך אויף זייער הארץ ווען זיי דערוויסן זיך אז זייער קינד גייט קיין אומאן און דריידט זיך מיט ברסלב'ער חסידים, מען האקט אפ מיט דעם קינד, מען איז אים מבזה, מען פארגיסט זיין בלוט, אלעס נאר ווייל ער איז געווארן א ברסלב'ער חסיד; דאנק דעם אייבערשטן אז דיין קינד איז ערליך און וואויל, ער איז אנגעקומען אין אזא הייליגע פלאץ.


בנוגע די בעקיטשע וכו'; מן הסתם ווייסט נישט דיין זון אז אין ברסלב איז נישטא קיין וועג ווי אזוי מען גייט אנגעטון, מען דארף זיך נישט טוישן די לבוש פון דאס וואס מען גייט, אלע קומען צום רבי'ן אזוי ווי זיי גייען אנגעטון, נישטא קיין ספעציעלע וועג ווי אזוי מען גייט אנגעטון אין ברסלב; אבער דיר מוז איך זאגן אז דו דארפסט פאררעכטן די וועג ווי אזוי דו קוקסט אויף דיין קינד, אז מען טוט זיך אן א געבלומטע בעקיטשע אנשטאט א זיידענע בעקיטשע - ווערט מען נאכנישט קיין הפקר יונג; זאלסט מיר מוחל זיין, דעם לשון וואס דו שרייבסט אז דאס איז: "פריקת עול עם הכשר מהדרין", די וועג ווי אזוי דו קוקסט אויף אידישקייט איז פארדריידט.


אויף די פראגע אויב נאר ברסלב איז די וועג; אויף דעם וועל איך דיר נישט ענטפערן, אבער אויף די אנדערע פראגע, אויב די מתנגדים וואס האלטן צוריק פון מקורב ווערן קיין ברסלב זענען כולו רע, אויף דעם וועל איך דיר ענטפערן 'יא'; די אלע וואס רעדן קעגן דעם הייליגן רבי'ן, די אלע וואס האלטן צוריק מענטשן פון מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן - די אלע זענען איין שטיק רע. דער רבי זאגט שוין דאס (ספר המדות אות נאוף, סימן מז): "הַנּוֹאֲפִים, לָרֹב הֵם מִתְנַגְּדִים לַצַּדִּיקִים", די בעלי עבירה - זיי קריגן אויף צדיקים; דאס זעט מען נישט נאר ביים רבי'ן נאר אין אלע פלעצער און אין אלע דורות, נאר בעלי עבירה האבן די עזות צו רעדן קעגן צדיקים, אוועק מאכן זייערע ווערטער.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1414 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין ווייב זאל מסכים זיין צו ברסלב?
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שטארק זיך ברוך ה' צו מכבד זיין מיין ווייב, אבער זי איז זייער קעגן ברסלב, זי ציטערט אז מיר זאלן נישט ווערן א ברסלב'ע שטוב, דערפאר רעדן מיר בכלל נישט איבער די נושא פון ברסלב, ווייל ווי נאר עס קומט ארויף אויפ'ן טיש, ווערט זי זייער אויפגערעגט, עס שטערט איר זייער שטארק, און דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר אבער געשריבן אז זי דארף בכלל נישט וויסן אז איך באקום חיות פון ברסלב, האב איך דאן אנגעהויבן רעדן ווייניגער אינדערהיים פון ברסלב, זי זאגט אבער אז ס'העלפט איר נישט, ווייל ס'ווייסט דעם אמת פון וואו מיין חיות קומט, און ס'וועט נישט העלפן דאס באהאלטן, און אזוי מאכט זיך כסדר אז עס קומט ארויף און ס'ווערט אנצויגן אין שטוב.


מיין שאלה איז אבער אויב ס'איז נאך אן האפענונג פאר אונז צו האבן אן אמת'ע שלום בית. ס'איז דא ברוך ה' שלום אין שטוב, אבער אלעס איז גוט נאר ביז עס קומט צו ברסלב, דאס הייסט אז ווי לאנג זי וועט נישט אנהויבן מסכים צו זיין צו ברסלב, וועט נישט זיין קיין אמת'ע גאנצע שלום בית ביי אונז. זי זאגט מיר אז זי פארשטייט אז ס'איז איר פראבלעם, אבער ס'זעט נישט אויס ווי דאס גייט זיך טוישן, אפילו מיט תפלה.


איך האב געקלערט צו רעדן מיט מיין שוויגער, אז זי זאל איר שיינערהייט מסביר זיין אז מ'דארף זיך צושטעלן צום ווילן פונעם מאן, ווייל למעשה רעדט נישט מיין ווייב מיט קיינעם וועגן דעם פראבלעם, זי עסט זיך נאר ביי זיך אין הארץ, און אפשר וועט איר מאמע איר קענען ארויסהעלפן.


איך פארשטיי איר זייער גוט, זי איז אויפגעוואקסן אין א פלאץ וואו ברסלב איז אסור, און איך פארשטיי אויך אז כדי צו באקומען די מתנות פון הייליגן רבי'ן, דארף עס קומען מיט שוועריקייטן און מניעות, און ס'לוינט זיך, אבער נאכאלץ טוט מיר זייער וויי אז ס'איז נישטא קיין גאנצע שלום בית ביי אונז.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד נישט מיט דיין שוויגער, עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר ערגער מאכן; עס איז נישט כדאי אריין צו מישן די עלטערן, עלטערן ווילן הערן נאר גוטע גרוסן. עלטערן האבן שוין געהאט גענוג אין לעבן די אלע יארן וואס זיי האבן אויפגעצויגן די קינדער ביז זיי זעען זיך שוין חתונה מאכן די קינדער, יעצט דארפן זיי נאר נחת, עס איז נישט גוט צו גיין צו זיי, אריינמישן די עלטערן.


דיין ווייב זאגט דיר עס וועט נישט העלפן קיין תפלה; ווער נישט פארלוירן, דו בעט דעם אייבערשטן אז דיין שטוב זאל לעבן מיט'ן רבי'ן. איך בעט דיר זייער, טענה נישט מיט איר, דו זיי שטארק מיט תפילה והתבודדות, זי דארף נישט וויסן אויף וואס דו בעטסט, אז דו וועסט האבן סבלנות וועט זיך אלעס טוישן.


פיל שווערערע זאכן ווי דאס - קען מען טוישן מיט תפילה; אז דיין ווייב זאל וועלן נעמען דעם רבי'ן - איז נישט אזא גרויסע זאך, עס קען געשען א נס אין איין מינוט אז זי זאל וועלן דעם רבי'ן, זי זאל וועלן אז די גאנצע שטוב זאל לעבן מיט רבי'ן.


בעט אויך דעם אייבערשטן פאר דיר אליינס, אז דיין געפיל ביים רבי'ן זאל בלייבן שטארק; בעט נישט נאר פאר איר, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט בלייבן מיט די ברען און פלאקער פון יעצט, קיינער איז נישט פארזיכערט, דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער אוועק צו שלעפן מענטשן פון הייליגן רבי'ן, ער ווייסט אז כל זמן מען האלט זיך ביים רבי'ן האט ער נישט קיין שליטה אויפ'ן מענטש, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן ביים רבי'ן - וועט ער אלעס פאררעכטן"; זאלסטו בעטן פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה אז אלע זאלן מקורב ווערן צום רבי'ן, אלץ זיין פריש.


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; דו רעד שיין צו דיין ווייב, זיי איר נישט מצער, אין איר קאפ איז ברסלב געפערליך, גיי נישט אין קיין ויכוחים מיט קיינעם און זיכער נישט מיט איר; מיט איר זאלסטו שיין רעדן, אז זי פרעגט דיר זאלסטו איר זאגן וואס דער רבי געבט דיר, דאס איז דיין לעבן און דאס גייסטו נישט אפלאזן, זאל זיין וואס זאל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1413 - איך בין גאר טיף אין שאול תחתית, ווי אזוי קען איך ווערן אן ערליכער איד?
אומאן, קדושה, לימוד התורה, תשובה, עבירות, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין געשריבן אפאר בריוון בערך וואס עס גייט אריבער אויף מיר, איך בין שוין 19 יאר איך ווייס נישט וואס וועט דא זיין. מיינע יארן רוקן זיך און דער יצר הרע ברענט אין מיר, ער ווארפט מיר אראפ יעדן טאג זייער אסאך מאל אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה; איך טו עס כמעט א גאנצן טאג, ווען איך גיי אין גאס קוק איך איבעראל אויף פרויען וכו', איך געב מיך נישט קיין עצה אין מיין לעבן, עס גייט אריבער אסאך טעג וואס איך לייג נישט קיין תפילין און איך דאווען נישט קיין שחרית מנחה מעריב, און ווען איך דאווען שוין יא אמאל, ווי אזוי קוקט עס ליידער אויס.


איך האב שוין אסאך מאל אראפגעלייגט מיין תפילין אין די שיידל אויפ'ן ערד און געטראטן אויף דעם, איך ווארף אראפ ספרים און איך צערייס אסאך מאל ספרים ווען איך ווער אין כעס, און ווען איך ווער אין כעס קען איך טון די ערגסטע זאכן, איך זאג אסאך ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, אלע נעמען, און איך שווער אין זיין נאמען און איך שעלט אים מיט אלע קללות.


איך רעד ליידער ניבול פה גאנץ אסאך, איך עס אפאר מאל פליישיג גלייך נאכדעם מילכיג און פארקערט אויך, איך פאל אראפ אין די עבירה אז ביום התענית, תשעה באב, שבעה עשר בתמוז, תענית אסתר, צום גדלי', חוץ יום כיפור – עס איך, איך הייב אן צו פאסטן און אינמיטן ליידער קען איך זיך באהאלטן און עסן.


איך בין מחלל שבת, איך טראג אין שבת, איך רייכער אפאר מאל, איך האב נישט קיין פראבלעם צו האלטן געלט שבת, אנצינדן א לעקטער וכו', און איך טו נאך אסאך עבירות, איך בין עובר אסאך עבירות מדאורייתא ומדרבנן, איך ליג שוין אזוי טיף אז איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו טון עבירות, בעיקר די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, וואס איך קען מיך נישט ארויסזען פון דעם, וויפיל איך פרוביר גייט עס מיר נישט און איך וויל באמת זיין אן ערליכער חסידי'שער איד.


אינדרויסן קוק איך אויס ווי אן ערליכער בחור, איך האב שוין ב"ה געענדיגט זיבן מאל משניות, מער ווי טויזנט מאל תהלים, ש"ס האלט איך אינמיטן מסכת יבמות, איך בין עוסק אויך אין אנדערע ספרים, אבער לעצטנס גייט מיר נישט קיין תפילין, נישט קיין דאווענען, נישט קיין לערנען וכו', אסאך מאל כאפט מיר אן א הרהור תשובה, לייג איך געהעריג תפילין און איך דאווען און איך לערן וכו', איך זאג אסאך תיקון הכללי און לקוטי תפילות.


איך וויל זייער שטארק זיין אין אומאן ראש השנה, אבער עס איז דא א תקנה אין ישיבה אז מ'טאר נישט אוועקפארן, אויב פארט מען קיין אומאן, ווארפט מען גלייך ארויס פון ישיבה.


אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה און א דרך ווי אזוי איך קען זיין אן ערליכער איד? איך וויל באמת זיין אן ערליכער איד, אפאר מאל קען איך וויינען ווייל איך קוק אזוי אויס ליידער, איך געב מיר נישט קיין עצה מיט מיין אידישקייט.


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פרעג נישט קיין רשות פון קיינעם; קום קיין אומאן, דער רבי וועט דיר מתקן זיין.


דו קענסט נישט ווארטן אויף רשות פון דיין ראש ישיבה צו קומען קיין אומאן אן אים דערציילן ווער דו ביסט און וואס דו גייסט אריבער; ער ווייסט נישט וואס דו גייסט אריבער, ער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף בחורים וכו' וכו'; איך זאג דיר, אויב דו וויסלט רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה און אויף דיין עתיד, פרעג נישט קיינעם קיין רשות, קום קיין אומאן.


קיינער אין דער וועלט חלומ'ט נישט וואס גייט אריבער אויף בחורים; ווי שווער עס איז זיי, ווי ביטער עס איז זיי, בפרט די וואס זענען נעבעך אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווי ביטער עס איז זיי. וויפיל זיי ווילן זיך ארויסרייסן פון די עבירה - פאלן זיי מער און מער אראפ, ביז זיי פארלירן דעם טעם פון לעבן, זיי טראכטן שלעכטע מחשבות פון ענדיגן דאס לעבן השם ישמרינו.


צו זיי קומט דער הייליגער רבי און ווייזט זיי די רחמנות פונעם אייבערשטן, ער ווייזט זיי א וועג ווי אזוי זיי קענען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן. דעריבער זעט מען ווי אלע בני הנעורים קלעבן זיך צום רבי'ן, די יוגענט וויל נאר דעם רבי'ן, ווייל נאר דער רבי פארשטייט זיי. ווען נישט די אלע לשון הרע'ס וואס מען רעדט צו זיי אין ישיבות און אין כוללים וואלט שוין די גאנצע וועלט געווען ביים רבי'ן, ווייל נאר דער רבי פארשטייט זיי, דער רבי האט א שפראך צו זיי.


דעריבער בעט איך דיר טייערער ליבער ברודער, קום קיין אומאן, קום צום הייליגן רבי'ן; ער וועט דיר מתקן זיין, ער וועט דיר ארויסנעמען פון דיינע שווערע נפילות. דו דארפסט נישט קיינעם פרעגן קיין רשות, דו ביסט א ביטערער רחמנות, דו דארפסט דעם גרעסטן דאקטער זאל דיר היילן, דאס איז דער רבי אליינס; וואס קען היילן יעדן איינעם, אפילו דער וואס איז שוין ווייט ווייט אוועקגעפאלן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, הייב אן זאגן משניות אין א סדר, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, אז תורה נעמט ארויס פון עבירות, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן אויב תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האט דער רבי אים געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס", אפילו א מענטש וואס איז נעבעך צוגעוואוינט צו טון די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויס קריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד.


דארפסט נישט פארשטיין די ווערטער פון משניות, זאג די ווערטער; יעצט האסטו נישט קיין קאפ, האסט אזויפול געזינדיגט אז דיין קאפ איז נישטא, זאלסטו זאגן די ווערטער און ביים סוף וועסטו פארשטיין.


נאכאמאל, קום קיין אומאן; פרעג נישט קיינעם קיין קשיות.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#1412 - זאל מיין ווייב נעמען א באגלייטערן בשעת שמחה?
שלום בית, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר ווארטן אויף א שמחה למזל טוב בשעה טובה ומצלחת, איך האב געוואלט פרעגן אויב מיין ווייב זאל נעמען א פרוי, א באגלייטערן, וואס זאל איר ארויסהעלפן אין לויף פון די צייט, אויסלערנען וואס זי דארף וויסן, און איר שטיין צו די האנט און מחזק זיין.


אויך וויל איך פרעגן אויב זי זאל נעמען אן עפידארעל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דיין ווייב וויל האבן א פרוי זאל איר שטיין צו די האנט וכו' - זאלסטו איר דאס געבן, טו אלעס אין דער וועלט זי זאל זיין רואיג.


אויב די זאך קומט פון דיר, דו טראכסט אז עס וועט זיין גרינגער זי זאל האבן א פרוי וואס וועט רעדן צו איר וכו' - דעמאלט פעלט נישט אויס, א שאד די געלט, א שאד די צייט; מען דארף גארנישט וויסן צו האבן א קינד, א קינד קומט פונעם אייבערשטן, די פרויען וואס רעדן און זענען מסביר איז אלעס דמיונות.


בנוגע נעמען עפידארעל; אוודאי זאל זי נעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1411 - זאל איך אינוועסטירן אין די סטאק מארקעט?
אידיש געלט, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער אינגערמאן נאך די חתונה, איך וויל אנהויבן א פרנסה, און עטליכע פון מיינע חבירים זענען אריין אין קויפן סטאקס אויפ'ן סטאק מארקעט, זיי האבן שוין אנגעהויבן פארדינען דארט, און זיי שטופן מיר אויך ארייצוגיין אין דעם.


איך האב אבער מורא, ווייל איך ווייס אז אסאך מענטשן האבן אנגעזעצט פון די סטאק מארקעט, וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטיי ווייט פון די געשעפטן; נעם אריין אין דיר 'נישטא אזא זאך ווי גרינגע געלט', ווער עס רעדט פון מאכן גרינג געלט - איז א פאפער, א רמאי, ער פאפט זיך און פאפט אנדערע; בעט איך דיר, לאז זיך אפ דערפון, גיי נישט נאך דיינע חברים, לייג נישט אריין קיין איין דאלער אין דעם.


מוהרא"ש זאגט סטאק מארקעט איז א גרויסער דמיון; אפילו מענטשן שווערן זיך אז דאס איז א גוטע פלאץ וואו צו אינוועסטירן די געלט, מען זעט מענטשן מאכן געלט - איז דאס פונקט ווי געמבלען וכו'; ביים געמבלען איז אויך דא מענטשן וואס מאכן געלט, אבער ביים סוף כאפן זיי א שטארקע קלאפ, זיי פארלירן אלעס, זיי פארלירן זייער אייגענע געלט און יענעמ'ס געלט, מען בארגט פון אנדערע, נאכדעם ווערט מען א גרויסער בעל חוב.


ווער נישט פארבלענדעט, אז דו וועסט הערן פון דיינע חברים אז זיי מאכן געלט זאלסטו וויסן אז דאס איז סתם אן אויג פארבלענדעניש; ביים סוף פארלירט מען די גאנצע געלט. געדענק די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפד) דער יצר הרע מאכט אמאל איינער זאל רייך ווערן דורך עפעס א וועג וכו' און מען מאכט א גאנצע עסק פון דעם, אלע מענטשן רעדן פון דעם און מען איז אים מקנא, אבער דאס איז אלעס א שפיל פונעם סמ"ך מ"ם צו פארדרייען דעם קאפ פון מענטשן, דער רבי פירט אויס די שיחה מיט די ווערטער: "דער אייבערשטער זאל אונז אלע אפהיטן מיר זאלן נישט פארדריידט ווערן פון דעם".


איך בעט דיר נאכאמאל, שטיי ווייט פון די גאנצע עסק; ענדערש נעם אן וואס דא שטייט ווי איידער זאלסט מיר דארפן זאגן: "א שאד איך האב נישט געפאלגט".


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1410 - דורך דעם וועג פון מוהרא"ש, קען מען אויך ווערן א גרויסער צדיק?
התחזקות, חסידות ברסלב, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך די שיעורים, און דאס געבט מיר די ריכטיגע וועג אין לעבן, איך פארשטיי ווי אזוי מ'קען אויף דעם וועג פון מוהרא"ש ווערן א פשוטער ערליכער איד, אבער איך וויל זוכה זיין צו ווערן א צדיק אזוי ווי אין די פריערדיגע דורות, קען מען דורך די עצות פון מוהרא"ש אויך זוכה זיין צו דעם? און אויב יא, ווי אזוי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס ליינט זיך פון דיינע ווערטער אז דו קוקסט אן דעם רבינ'ס התחזקות, אז דאס איז עפעס וואס איז זייער פשוט, דאס איז פאר פשוט'ע מענטשן; אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק, דער רבי האט אזא כח, ער הייבט אונז אויף צו די גרעסטע דרגות, צו די דרגא פון פריערדיגע צדיקים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי): "איך האב ביי מיר מענטשן וואס זענען געווען אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, זיי זענען געליגן אזוי טיף אין עבירות, איך ווייס נישט צי דער שאול תחתית וואלט געווען גענוג פאר זיי און דורך מיר זענען זיי מקורב געווארן צום אייבערשטן, איך האב זיי מתקן געווען מיט א תיקון וואס זיי דארפן זיך נישט שעמען פון גרויסע צדיקים"; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס עצות ווערט געטוישט מקצה אל הקצה.


קוק נאך די שיחות אין חיי מוהר"ן (מעלת המתקרבים אליו), וועסטו זען צו וואס מען קען זוכה זיין, אפילו דער קלענסטער מענטש. דער רבי זאגט (שם, סימן שיב): "עם הקטן שבאנשי שלומנו יהיה נעשה עמו בעולם מה שלא נעשה עם הגדול שבמפורסמים של עכשיו", מיט'ן קלענסטן פון אנשי שלומינו וועט ווערן וואס ווערט נישט פון די גרעסטע מפורסמים פון היינטיגע צייטן.


באנוץ זיך מיט די עצה פון התבודדות, מיט די עצה ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, מיט די עצה פון שמחה, מיט די עצה צו געדענקען פון תכלית - וועסטו ווערן א גרויסער צדיק; וואויל איז דעם וואס לעבט מיט די עצות, וועט ער נישט חרטה האבן, ווייל דער רבי האט געזאגט (שם, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוויסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1409 - ווי אזוי קען איך וויסן אויב די זאך וואס איך בעט, איז גוט פאר מיר?
הכנסת אורחים, תפילה והתבודדות, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, ס'געבט מיר גאר אסאך צו אין לעבן, פאר מיר און פאר די גאנצע וועלט.


איך האב געוואלט פרעגן, אויב בעט איך עפעס דעם אייבערשטן, ווי אזוי קען איך וויסן אויב ס'איז גוט פאר מיר אדער נישט, אפשר בעט איך א זאך וואס דער אייבערשטער וויל נישט איך זאל עס האבן?


למשל אויב בעט איך דעם אייבערשטן אז איך דארף א סמארטפאון, אפשר וויל נישט דער אייבערשטער איך זאל עס האבן. און אפילו אויב בעט איך יא א גוטע זאך, אפשר ווייסט דער אייבערשטער אז די זאך איז נישט גוט פאר מיר. ווי אזוי קען מען וויסן די זאכן?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רט): "כִּי יָדוּעַ שֶׁיֵּשׁ לְכָל אָדָם תְּפִלּוֹת רָעוֹת", יעדער מענטש האט נישט גוטע תפילות וואס ער בעט, אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סג.): "גַּנָּבָא עַל מַחְתַּרְתָּא רַחֲמָנָא קַרְיָא", דער גנב איידער ער ברעכט זיך אריין בעט ער א שטילע תפילה פונעם אייבערשטן, הייליגער באשעפער, העלף מיר די גניבה זאל זיך גוט אויסארבעטן, קיינער זאל מיך נישט כאפן, "נִמְצָא אַחַר כָּךְ כְּשֶׁעוֹמֵד לְהִתְפַּלֵּל תְּפִלָּה הָרָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, אֲזַי בָּא הַתְּפִלָּה רָעָה וּמְבַלְבֶלֶת אוֹתוֹ", ווען דער מענטש וויל דאווענען צום אייבערשטן, ער וויל בעטן אויף גוטע זאכן, קומען די נישט גוטע תפילות און שטערן דעם מענטש, "וְהַתִּקּוּן לָזֶה, הַכְנָסַת אוֹרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם", די עצה אויף דעם איז אריינצונעמען תלמידי חכמים ביי זיך אין שטוב, אז מען נעמט אריין אין שטוב תלמידי חכמים דעמאלט פאררעכט מען אלעס, ווייל דער צדיק לערנט אויס וואס צו בעטן און וויאזוי צו בעטן, דער צדיק לערנט אויס וואס איז גוט, וואס איז וויכטיג.


דער עיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו א ריינע אמונה און צו לערנען און דאווענען, זיין דבוק צו די הייליגע תורה און צו ערליכע אידן, דו זאלסט זיין פרייליך; אז מען האט דאס האט מען אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1408 - איך מאך א פעסטע החלטה, איך גיי זיין אן ערליכער איד
לימוד התורה, התחדשות, עבודת השם, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק, ספעציעל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ביי א שיעור, "פארוואס טראכסטו דו קענסט נישט זיין קיין ערליכער איד? פרוביר נאכאמאל, אפשר דאס מאל ביסטו שוין שטערקער, וועט עס יא גיין, זיי נישט אזוי ווי דער עלעפאנט וואס געבט אויף אלס קינד", דאס האט מיר זייער מחזק געווען און איך האב אפגעמאכט מיט א זייער שטארקע החלטה, איך הייב אן פון יעצט זיין אן ערליכער איד, עס גייט מיר גארנישט אן אויב איך וועל נאכאמאל אראפפאלן, איך גיי נישט אפלאזן דעם אייבערשטן.
איך גיי אנהייבן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז איך וועל זיכער ווערן אן ערליכער איד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער אינטערעסאנט ווי אזוי מען טרענירט בעלי חיים; צום ביישפיל, דער גרויסער שטארקער עלעפאנט בינדט מען צי ווען זי איז גאר קליין, זי פרובירט זיך אויסצורייסן אבער זי קען נישט, זי פרובירט איין מאל, צוויי מאל, ביז זי זעט אז עס איז נישטא וואס צו טון; אזוי בלייבן זיי געבינדן זייער גאנץ לעבן, זיי ווייסן נישט אז ווען זיי וואלטן פרובירט נאך איין מאל יעצט ווען זיי זענען שוין שטארק, גרויס און מעכטיג - וואלטן זיי זיך גרינגערהייט געקענט באפרייען.


אזוי אויך איז מיט'ן מענטש, מען וויל אפילו נישט פרובירן נאכאמאל זיך ארויסצורייסן פונעם יצר הרע, מיט'ן אויסרייד 'עס גייט נישט', 'איך קען נישט', 'מיר גייט עס נישט' וכו' וכו'; מען טראכט נישט אז יעצט איז מען שוין שטערקער פון נעכטן, גרעסער פון דעמאלט, יעצט אז מען וועט זיך געבן איין בייג צום אייבערשטן קען מען זיך אינגאנצן ארויסרייסן פון זיין נעץ.


שטארק זיך מיט עבודות השם, מאך זיך שיעורים אין די הייליגע תורה; מאך זיך א שיעור אין מקרא, משנה, גמרא און אין מדרש, די פיר לימודים זענען אנטקעגן דעם שם הוי"ה ברוך הוא, אז מען לערנט יעדן טאג אביסל פון די פיר שיעורים - הייבט אן שיינען און לייכטן די ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן, דאס לעבן ווערט ליכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.