שאלה אין קורצן ענין
#4 - ס'איז מיר שווער מכיר טובה צו זיין, וואס טו איך?
הכרת הטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, א שטיק צייט צוריק בין איך דורך א שווערע תקופה, און ס'איז געווען דעמאלט עטליכע מענטשן וואס האבן מיר שטארק געהאלפן, ספעציעל עטליכע פון מיינע פעטערס, און יעצט וויל איך זיי ארויסווייזן עפעס אן הכרת הטוב, איך ווייס אבער נישט ווי אזוי דאס צו טון, ס'איז מיר זייער שווער זיי צו קוקן אין פנים ווייל דאס דערמאנט מיר פון די שווערע צייטן, און איך שעם זיך פון זיי.


ווי אזוי קען איך זיי ווייזן אן הכרת הטוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הכרת הטוב איז די שענסטע מידה, ווידעראום זיין א כפוי טובה איז זייער א מיאוס'ע מידה. דערפאר האבן מיר די מצוה פון ביכורים, קומען צום בית המקדש מיט די ערשט געצייטיגטע פרוכט און דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע גוטע זאכן וואס ער טוט, אזוי ווי דער פסוק זאגט (דברים כו, ג): "וְאָמַרְתָּ אֵלָיו הִגַּדְתִּי הַיּוֹם", איך בין נישט קיין כפוי טובה (ספרי דברים, פיסקא רצט).


אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס ער געבט דיר וועט דיר זיין גרינג צו דאנקען די מענטשן וואס העלפן דיר.


ווען מען טראכט אריין זעט מען אז דער אייבערשטער איז דאך אזוי גוט צו אונז, ער געבט אונז נאר גוטס - דארפן מיר אים שטענדיג לויבן און דאנקען, נישט ווארטן עס זאל קומען שלעכטס. אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "ווען דער אייבערשטער הערט ווי א מענטש דאנקט אים און לויבט אים, זאגט ער פאר די מלאכים: 'קוקטס אן דעם איד, ער האט גארנישט און ער דאנקט מיך, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט', און פארקערט אויך, אז דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט נישט אויף זיך אפצורעדן זאגט דער אייבערשטער: 'איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט'"; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלץ מער גוטס קומט אויפ'ן מענטש.


אויב גוטס דערמאנט נישט דעם מענטש אז עס איז דא א באשעפער, דארף מען דערמאנען דעם מענטש מיט שלעכטס; דער ריי"צ זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "עס זענען פארהאן 'חסידים' און עס זענען פארהאן 'צרות חסידים'"; דאס הייסט עס זענען פארהאן חסידים וואס קומען שטענדיג צו זייער רבי, אויך ווען עס גייט זיי גוט; נאכדעם זענען דא חסידים וואס קומען צום רבי'ן ווען זיי האבן צרות, זיי רופט מען 'צרות חסידים', פלעגט ער זאגן: "ווען זיי וואלטן געקומען ווען עס גייט זיי גוט, וואלטן זיי געקענט איינשפארן די אלע צרות".


וואויל איז דעם וואס ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן שטענדיג, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו האבן נאר גוטס זיין גאנץ לעבן.

#3 - ווי אזוי קען איך זיך באדאנקען פאר די הערליכע לעבן וואס כ'האב באקומען?
לימוד התורה, הכרת הטוב, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען אויף די געוואלדיגע שיעורים וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן אין אלע הינזיכטן, זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, מיט בערך א האלב יאר צוריק, האט זיך מיין גאנצע לעבן געטוישט צום גוטן, איך האב פשוט אנגעהויבן לעבן.


ספעציעל דארף איך זיך באדאנקען פאר די וואונדערליכע סדר דרך הלימוד. אלס בחור אין ישיבה גדולה האב איך ליידער כמעט נישט געעפנט קיין גמרא, נאך די חתונה האב איך פרובירט צו מאכן א שיעור מיט א חברותא יעדע נאכט, אבער ס'איז אלץ געווען פארשידענע סיבות און שטערונגען אז מיר האבן נישט געקענט לערנען געהעריגע, זייט דעמאלט האב איך שוין אנגעהויבן 6 מסכתות, אבער קיין איינס האב איך נישט זוכה געווען צו ענדיגן.


ביז ווען דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און איך האב געטראפן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך האב מחליט געווען צו פאלגן, און דעם שבת גייט איך אי"ה פראווען א גרויסע סיום אויף מסכת ברכות!


איך בין שוין 24 יאר אלט, און דאס איז די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך ענדיג א מסכתא פון דעקל צו דעקל. אין צוגאב צו דעם וואס איך בין זאג תהלים יעדן טאג, און איך בין מעביר סדרה. לעצטנס האב איך געטראפן א מפיץ וואס האט מיר געגעבן אויך ספרים און קונטרסים, און איך בין זיך ממש מחי'.


איך קען נישט גענוג זיך באדאנקען אויף די שיינע זיסע לעבן וואס איך האב באקומען פון אייך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יישר כח פאר דעם שיינעם בריוו וכו'.


וויסן זאלסטו אז דער דרך הלימוד איז נישט מיין דרך הלימוד, דאס איז פון הייליגן רבי'ן; דער יישר כח קומט זיך פאר'ן רבי'ן און באזונדער פאר מוהרא"ש וואס האט דאס אנטפלעקט פאר די וועלט.


ווער עס הייבט אן צו לערנען אויף דעם וועג עפנט זיך אויף פאר אים א נייע וועלט; מען זעט אז עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צו לערנען און צו ענדיגן די גאנצע תורה. אפילו מען פארשטייט נישט אין אנהייב וואס מען לערנט לערנט מען ווייטער אן פארשטיין ביז מען איז זוכה צו פארשטיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין, מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל מען לערנען צו פארשטיין, ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


עס איז נישט שייך צו פארשטיין דעם דרך הלימוד, מען דארף עס אויספרובירן; אז מען פרובירט דאס אויס איז ממש מחי' נפשות. מען הייבט אן לערנען און מען שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט אויף דער וועלט, ווייל געווענליך ווען מען לערנט וויל מען פארשטיין און אז מען פארשטייט נישט ווערט מען צעבראכן און מען הערט אויף לערנען, דעריבער האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען. זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט, אנדערש איז ווען דער מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי קען איך צוריק צאלן פאר'ן ראש ישיבה פאר די שיינע שיעורים?
הכרת הטוב, הפצה, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שיעורים, מיין פרנסה האט זיך פארבעסערט, מיין שלום בית איז בעסער געווארן, און מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט א דאנק די שיעורים.


איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען צוריק צאלן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די שיינע שיעורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן אדאנק דעם הייליגן רבי'ן, דארפסטו דאס פארשפרייטן פאר נאך מענטשן - זיי זאלן אויך קענען האבן פון די גוטע לעבן.


עס איז נישט שייך צו באצאלן פאר'ן רבי'ן; דער רבי האט זיך מוסר נפש געווען און אלעס אוועק געגעבן אז מיר זאלן קענען זיין ערליכע אידן און אזוי אויך די הייליגע תלמידים, רבי נתן האט זיך מוסר נפש געווען אונז איבער צו געבן דעם רבינ'ס וועג, מען האט אים גע'רודפ'ט, אלע האבן געקריגט אויף אים, אלע האבן גערעדט אויף אים, מען האט איינגעשפארט אין תפיסה - דאך האט ער זיך נישט אפגעשטעלט פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן.


אזוי אויך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אלעס אוועק געגעבן פאר אונז, ער האט נישט געהאט קיין איין גוטע טאג אין זיין לעבן נאר צוליב דעם אז מיר זאלן וויסן ווי אזוי מען קען לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיר זאלן וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, מיר זאלן האבן א וועג צו לערנען די הייליגע תורה; ווי איז שייך צו באצאלן? אז מען באקומט לעבן איז נישט שייך צו באצאלן, מיר קענען נאר איין זאך טון: "ווייטער גיין אין די וועגן, ווייטער פארשפרייטן די ליכטיגקייט פאר אנדערע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי קען איך צוריקצאלן פאר'ן רבי'ן?
הכרת הטוב, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי א טאג ס'גייט פארביי, זע איך אלץ מער און מער ווי סאך מיר האבן באקומען פון הייליגן רבי'ן דורך דעם ראש ישיבה שליט"א, ווי שטארק אונזער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך שפיר זייער א שטארקע הכרת הטוב פאר ברסלב און פאר'ן ראש ישיבה, און איך פיל אז איך מוז עפעס צוריקגעבן. לעצטנס האב איך אנגעהויבן טון אביסל הפצה, איך פרוביר איבערצוגעבן פאר נאך מענטשן די ליכטיגקייט פון הייליגן רבי'ן, איך מיין אבער אז דאס איז נאכנישט גענוג, איך דארף טון נאך מער.


 יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר געדענקט און איר ווייסט וואס דער רבי געבט אונז און וויפיל מיר זענען שולדיג פאר'ן רבי'ן אים צו צוריק באצאלן; הלואי זאלן מיר געדענקען דורכאויס אונזער גאנצע לעבן וויפיל מיר זענען שולדיג פאר'ן רבי'ן.


אז איר ווילט צוריק צאלן דעם רבי'ן זאלט איר פארשפרייטן פאר אנדערע פרויען און מיידלעך די זיסע וועג. עס איז א גרויסע רחמנות אויף מענטשן, ווייל יעדער איינער וויל זיין גוט, אלע ווילן זיין וואויל נאר מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען ווייסט נישט דאס חשיבות פון זיין א איד. בפרט יונגע ווייבלעך און מיידלעך פאלן זייער אוועק צוליב נישט וויסן וואס צו טון, זיי מיינען אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף זיי, אז דער אייבערשטער האט זיי נישט ליב - דעריבער לאזן זיי אפ די גוטע וועג.


דאס איז די הכרת הטוב וואס מיר קענען צוריק געבן דעם רבי'ן; מיט דעם וואס מיר רעדן צו נאך א מענטש און נאך א מענטש - דאס איז הכרת הטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.