שאלה אין קורצן ענין
#75 - מעג מען אזוי רעדן צו א קינד?
התחזקות, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א תלמידה דערציילט מיר אז איר מאמע זאגט איר, "ווען איך וואלט געוואוסט ווי אזוי דו וועסט אויפוואקסן, וואלט איך דיר נישט געוואלט געבוירן",  איך האב אין לעבן נישט געקלערט אז א מאמע קען דאס זאגן פאר א קינד.


זי זאגט זי איז געווארן אזוי צובראכן. זי הערט אזויפיל שיעורים און ארבעט אזוי שטארק אויף איר כיבוד אב ואם, און איר מאמע זאגט איר, "ביסט טאקע זייער וואויל לעצטנס, אבער איך בין ווייט נישט צופרידן". זי דערציילט זי איז אריין אין צימער און געוויינט.


זי זאגט אז איין זאך האט איר בארואיגט אז זי קען עס דערציילן פאר'ן אייבערשטן, און ער ווייסט אז איך מיין צו זיין גוט, און עכט בין איך וואויל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"א סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אזוי ווייטאגליך צו הערן די סארט מעשיות, ווי עלטערן קלאפן זייערע אייגענע קינדער מיט שרעקליכע ווערטער וואס מען קען עס נישט פארהיילן, די ווערטער שעדיגן די קינדער און עס באגלייט זיי און עס מאכט זיי שלעכט השם ישמרינו; זייט מחזק די תלמידה זי זאל זיך שטארקן, זי זאל טראכטן נאר פונעם אייבערשטן, און ווען זי דארף טון כיבוד אב ואם זאל זי טראכטן: 'איך טו עס פארן אייבערשטן וואס האט געזאגט מען זאל מכבד זיין טאטע מאמע'; דאס וועט איר העלפן קענען טון די מצוה, זי וועט נישט שוואך ווערן פון נאכגיין אירע געפילן וכו'.


די ווערטער וואס זי זאגט, אז דאס רעדן צום אייבערשטן דערהאלט איר - דאס דארף זיין א שטארקע חיזוק פאר אייך, און פאר אלע וואס זענען עוסק מיט קינדער, מען זאלן רעדן אסאך צו די קינדער פון התבודדות, און פון דעם אז דער אייבערשטער האט זייער ליב א איד, און אז קיינער וויל נישט האבן מיט דיר, די וועלט האט דיך אויסגעשלאסן, די משפחה האט דיך פארטריבן, די חברים האבן דיך באגראבן, און דיינע אייגענע ברידער און שוועסטער ווילן מיט דיר נישט האבן - איז דער אייבערשטער נאכאלץ מיט דיר, ער האט דיך ווייטער ליב, ער איז מיט דיר, ביי דיר, און נעבן דיר; רעד צו אים, בעט אים יעדע זאך, און דערצייל אים יעדע זאך; און דאס איז געווען פון וואס מוהרא"ש האט צו אונז גערעדט אלע יארן און געשריבן אלע יארן, מוהרא"ש האט אריינגעלייגט אין אונז אזא שטארקע אמונה אז מיר זענען געווארן אזוי זיכער מיט זיך, זיך נישט לאזן צעברעכן פון קיינעם, און אפילו מלאכים וועלן מיר מחליש דעת זיין, און די צדיקים וועלן מיך פארטרייבן - זאל מען וויסן אז דער איבערשטער איז מיט מיר, דעם אייבערשטן האב איך, און מוהרא"ש האט דערציילט די שרעקעדיגע חלום וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן צא), ווי אלע האבן אים אפגעלאזט, קיינער האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, ער האט געדארפט אנטלויפן צו א צווייטע לאנד, און אויך אין יענע פרעמדע לאנד האט דער רבי געזען ווי ער דארף זיך באהאלטן, ער האט זיך באהאלטן אין וואלד.


אזוי זיצנדיג אין וואלד קומט צו צו אים אן עלטערער איד און הייבט אים אן געבן מוסר: "היתכן, דו שעמסט זיך נישט? אזוי פירסטו זיך אויף?! שעמסט זיך נישט פון דיינע זיידעס, רבי נחמן הורודענקער און פון דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו? שעמסט זיך נישט פון תורת משה רבינו און פון די הייליגע אבות אברהם יצחק יעקב?! וואס מיינסטו, דו וועסט דען קענען בלייבן דא אין וואלד איינער אליין? דיין געלט וועט זיך ענדיגן און דו ביסט שוין שוואך"; דער עלטערער איד האט נישט אויפגעהערט צו באזידלען דעם רבי'ן, ער האט געזאגט פארן רבי'ן: "דו וועסט פון דא אויך מוזן אנטלויפן, און דארט וואו דו וועסט אנטלויפן וועסטו אויך נישט האבן קיין מנוחה, דו וועסט זיך דארט אויך מוזן באהאלטן פון די גרויסע עבירות וואס דו האסט געטון", האט אים דער רבי געזאגט: "אויב אזוי, וועל איך כאטשיג האבן יענע וועלט", זאגט די נשמה: דו מיינסט דו וועסט האבן יענע וועלט? "אֲפִילּוּ בְּגֵּיהִנּוֹם לֹא יִהְיֶה לְךָ מָקוֹם לְהִטָּמֵן שָׁם כִּי עָשִׂיתָ חֵטְא כָּזֶה", אפילו אין גיהנום וועסטו זיך מוזן פארשטעקן פאר אזעלכע הארבע עבירות, זאגט אים דער רבי: "לֶךְ לְךָ", גיי דיר אוועק, גיי דיר אוועק, איך האב געמיינט דו וועסט מיך טרייסטן, איך האב געקלערט דו וועסט רעדן צו מיין הארץ, יעצט אז דו מאכסט מיר יסורים, גיי גיי גיי; דאס איז דער לימוד וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז: 'איך זאל זיך פון קיינעם נישט לאזן צעברעכן', און דאס דארפן מיר אריינלייגן אין די תלמידים ותלמידות.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#74 - נאכאמאל זיך אויפהויבן?
התחזקות, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר, אלע שיעורים און חיזוק וואס העלפן מיך אזויפיל און פירן מיך אויפ'ן ריכטיגן וועג.


איך פרוביר זיך צו שטארקן אסאך מאל, אבער עס איז מיר זייער נישט גרינג, מיינע נסיונות זענען בכלל נישט אזוי גרינג, און פרוביר זיך זייער צו שטארקן מיט אמונה און בטחון אבער דאס איז אויך נישט גרינג אלעמאל, איך מוטשע זיך אויך זייער מיט שמירת עינים, וויפיל מאל קען מען אבער פרובירן זיך נאכאמאל צו שטארקן?


אמאל האב איך נאך געטראכט אז איין טאג וועט מיר נאך גוט ווערן, אבער לעצטנס זע איך שוין נישט די ליכטיגקייט ביים עק פונעם טונעל, איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן, און וויפיל איך פרוביר נאכאמאל, ווארפט מען מיר נאכאמאל אראפ, וואס איז דער תכלית? נאכאמאל צו פאלן און נאכאמאל זיך אויפהויבן? ווי אזוי גייט מען פון דא ווייטער?


איך רעד זיך נישט אפ, איך שרייב בלויז אראפ די ווייטאג פון מיין הארץ, און איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז מיר מחזק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"א סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר פרעגן, וואס וואלסטו געטון ווען דו גייסט אין גאס און דו פאלסט אראפ? אודאי וואלסטו זיך אויפגעהויבן, און וואס וואלסטו געטון ווען דו הייבסט זיך אויף און שפעטער פאלסט נאכאמאל אראפ? אודאי וואלסטו נישט געבליבן ליגן אויף דער ערד, אודאי וואלסטו זיך נאכאמאל אויפגעהויבן; יעצט וויל איך דיר פרעגן, וואס טוסטו אז נאכן נאכאמאל זיך אויפהייבן ביסטו נאכאמאל אראפגעפאלן? וועסטו ענטפערן: "עד כאן, דאס איז עס, גענוג געווען מיטן זיך אויפהייבן, איך בלייב שוין ליגן אין די בלאטע, עס איז נישט קיין עסק נאכאמאל און נאכאמאל זיך אויפהייבן"? קיינער וואלט נישט אזוי געזאגט, קיינער וואלט נישט געבליבן ליגן אפילו מען איז שוין געפאלן כמה וכמה פעמים.


יעצט ליבער ברודער ווען עס רעדט זיך איבער פאלן אין עבירות, אז מען איז ליידער אראפגעפאלן אין אן עבירה - איז דאס נישט קיין תירוץ אדער א באווייז אז מען קען נישט מער זיין גוט, מען קען מער נישט מצליח זיין אין עבודת השם; וואס האט צו טון וויפיל מאל מען איז געפאלן און וויפיל מאל מען האט שוין אנגעהויבן און וויפיל מאל מען האט אויפגעגעבן? ווער דארף דאס בכלל ציילן? ווער דארף דאס בכלל וויסן? אז מען פאלט - הייבט מען זיך אויף, און אז מען פאלט נאכאמאל - הייבט מען זיך נאכאמאל אויף, און אזוי איז די גאנצע לעבן; מען פאלט און מען פאלט - און מען הייבט זיך אויף, מען פאלט און מען פאלט - און מען הייבט זיך אויף.


דאס ווייסטו אודאי ווי אזוי מען הייבט זיך אויף, מען הייבט זיך אויף דורך גיין צום אייבערשטן, דורך דערציילן דעם אייבערשטן ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי שווער עס גייט. ליבער ברודער, זיכער יעצט ווען מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבינ'ס עצה פון זיך מתבודד זיין, זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, אים דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי שווער עס איז; דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען די מעלה און דאס גרויסקייט ווען א מענטש וואס פאלט אראפ אין נישט גוטע זאכן, ער איז נכשל געווארן אין פגם הברית רחמנא לצלן, ווען דער מענטש הייבט זיך אויף און קומט צום אייבערשטן מיט א טענה: "רבונו של עולם וואס וועט דא זיין? איך וויל דאך אזוי שטארק זיין גוט און ערליך, און איך האלט אין איין פאלן, איך וויל אזוי שטארק מער נישט פוגם זיין, אבער נאכדעם פאל איך אראפ נאכאמאל, וואס טו איך? וואס איז מיין עצה? צו וועם זאל איך מיך ווענדן?" דאן ווערט א רעש און א טומל אין הימל, אלע מקטריגים אנטלויפן, און ער נעמט אראפ פון זיך אלע דינים.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, דער הייליגער זוהר זאגט (בלק, קצה.), אלע מלאכים קומען און פרעגן: "וואס זענען זיינע טענות? מיר ווילן אים דן זיין", זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט ענק זאלן זיך אריינמישן, "אֲנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, איך וויל אים דן זיין, איך וויל ער זאל נאר צו מיר זיך אויסוויינען, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן און דער אייבערשטער ענטפערט פארן צעבראכענעם הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - קען איך נאך זיין אן ערליכער איד?
התחזקות, לימוד התורה, תשובה, נסיונות, עבירות, עבודת השם, משניות, וידוי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער צו די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, עס געבט מיר אסאך חיזוק, איך וויל אבער בעטן ספעציעל חיזוק פאר מיר.


איך שעם זיך צו שרייבן, איך האב אבער נישט קיין אנדערע ברירה, איך דארף וויכטיג הילף. דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך פאל אסאך אראפ אינעם אינטערנעט, און איך קען זיך נישט העלפן, איך וויל זיין אן ערליכער איד אבער עס גייט מיר נישט, איך פאל כסדר נאכאמאל אראפ אין שלעכטע און שמוציגע עבירות רחמנא ליצלן.


איך שרייב דעם בריוו מיט טרערן אין די אויגן, איך וויל נישט פאלן מיר, איך וויל זיין א פשוטער ערליכער איד. ברוך ה' אז אין זכות פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א זאג איך ח"י פרקים משניות און א דף גמרא יעדן טאג שוין א לאנגע צייט, איך שפיר אבער אז איך קען מער נישט אזוי אנגיין.


איך שפיר זיך ווי א פאלשער מענטש, מען קוקט מיך אן ווי א חשובער בחור, ווי א מצוין, אין די צייט וואס איך אליין ווייס אבער דעם אמת, פון אינעווייניג בין איך דורכגעפוילט, ווי לאנג נאך וועל איך זיך מוטשען און פארברענגען מיינע יארן מיט נארישקייטן?


וואס קען שוין ווערן פון מיר, נאכדעם וואס איך בין שוין אזויפיל מאל אראפגעפאלן? עס רינען טרערן פון מיינע אויגן, איך שפיר זיך ווי אין כף הקלע, מען ווארפט מיר פון איין עק וועלט צום אנדערן, איין מינוט וויל איך זיין ערליך און הייליג און די אנדערע מינוט בין איך פונקט דאס פארקערטע, איך פאל אין טומאה רחמנא ליצלן.


יישר כח פאר די חיזוק ביז אהער, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן און מחזק זיין אויף ווייטער, און אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אויך מתפלל זיין פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות כסדרן, הייב אן פון אנהייב און זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות ביז די ביסט מסיים ששה סדרי משנה, און נאכדעם הייב אן נאכאמאל, אזוי זאלסטו טון אלע דיינע טעג. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "נכספתי מאד להמשיך את העולם אל עשיה", איך גליסט זייער אריינצוברענגען אין מענטשן זאלן טון למעשה אין עבודת השם, "שיהיה חיוב אצל כל אחד ואחד ללמוד כך וכך בכל יום ולא יעבור וכיוצא", אז אלע זאלן האבן א סדר יעדן טאג צו לערנען תורה מיט א באשטימטקייט, זאל זיין וואס זאל זיין; מוהרא"ש זאגט, ווען דער רבי האט גערעדט פון די עצה אז אויב מען מאכט א קביעות צו לערנען כך וכך קען מען ארויסגיין פון די בלאטע, פון די טומאה, האט דער רבי געמיינט די לימוד פון אכצן פרקים משניות, אז דער וואס וועט זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות וועט די הייליגע תורה, די הייליגע משניות - אים מאכן פאר אן ערליכער איד, ער וועט אפלאזן די שלעכטס וואס ער איז צוגעוואוינט צו טון.


טייערער ברודער לאז זיך נישט צעברעכן, האלט אן דאס זאגן אכצן פרקים משניות. און אז דו זעסט ווי דו פאלסט צוריק, דו שפירסט ווי דו ביסט אין כף הקלע, איין מינוט ווילסטו זיין גוט און די צווייטע מינוט פאלסטו אין די טומאה, אין די בלאטע - זאלסטו אבער גלייבן אין וואס דער רבי זאגט דארט, אז: "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אויך זאלסטו זוכן א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו גיין און זיך אויסשמועסן דיין הארץ מיטן אייבערשטן, זיי זיך מתוודה צו אים, זאג אים ווי שטארק די ווילסט זיין גוט און ווי שווער עס גייט דיר, וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין אלע דיינע עבירות.


וויסן זאלסטו, דער עיקר תשובה איז וידוי דברים, דערציילן דעם אייבערשטן וואס מען האט געטון, און אים זאגן אז מען האט חרטה, מען וויל נישט טון די זאכן. דער רמב"ם פסק'נט (פרק א' מהלכות תשובה, הלכה א), ווען מען האט געזינדיגט און מען וויל תשובה טון זאל מען זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ וְעָשִֹיתִי כָּךְ וָכָךְ, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיך אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון - דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיךְ בְּעִנְיָן זֶה הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך צו מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


טייערער ליבער ברודער, לאז זיך נישט נאך, בלייב שטארק, קום צוריק צום אייבערשטן, און אפילו דו זעסט ווי מען ווארפט דיך אראפ זאלסטו נאכאמאל צוריק קומען צו אים, ווייל תשובה איז אזוי שטארק אז אפילו א מענטש זאל טון אן א שיעור עבירות, אויב קערט ער זיך צוריק, ער זאגט פארן אייבערשטן: "איך גיי מער נישט זינדיגן", דעמאלט איז אים דער אייבערשטער מוחל; וואויל איז דיר אז דו ווילסט פאררעכטן דיינע מעשים, דו ווילסט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - ווי אזוי שטארקט מען זיך אין שוואכע מינוטן?
התחזקות, לימוד התורה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אביסל צעמישט אין עבודת ה', און איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ארויסהעלפן.


איך זע ביי מיר אז אין די טעג ווען איך פאל אריין אין א קטנות המוחין, וועל איך דעמאלט גארנישט לערנען, קוים אביסל דאווענען, איך וועל נישט הערן קיין שיעורים, איך וועל נישט רעדן צום אייבערשטן, ממש כמעט אינגאנצן אויסגעלאשן. ווידער ווען איך בין א גוטע שטימונג, אין מוחין דגדלות, איז אלעס פונקט פארקערט, איך וועל לערנען מיט גרויס התמדה, דאווענען ערליך, הערן שיעורים און זיך זייער מחזק זיין.


מיין שאלה איז ווי אזוי מען קען יא זיין צוגעבינדען צום אייבערשטן, אפילו אין די שווערע טעג? זיך יא שטארקן צו הערן שיעורי חיזוק, צו דאווענען און לערנען און רעדן צום אייבערשטן, און זיך אויפפירן ווי עס דארף צו זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס דו פאלסט אראפ איז נאר דיך צו ברענגען צו א העכערע פלאץ, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך ערליכע אידן טועה ווען זיי שפירן פלוצלונג א ירידה, זיי שפירן ווי זיי האבן פארלוירן זייער ברען און חשק וואס זיי האבן געהאט און עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו'.


זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג חומש איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג זאלסטו לערנען שנים מקרא ואחד תרגום ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביז סוף וואך זאלסטו ענדיגן די פרשה.


אויך זאלסטו לערנען משניות, לערן יעדן טאג פרקים משניות, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו גורס זיין אן הבנה, ומי יתן אז דו קענסט זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; דאס וועט דיך רייניגן פון אלעם שלעכטס, און אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור לערנען ש"ס כסדרן; הייב אן מסכת ברכות, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, און ווען דו ענדיגסט מסכת ברכות זאלסטו גיין צו מסכת שבת און אזוי ווייטער, ביז די וועסט ענדיגן גאנץ ש"ס.


נאכאמאל, שטארק זיך, קוק נישט אויף דעם וואס יעדע מאל פאלסטו אראפ אין א קטנות המוחין - ווי דו רופסט עס; אזוי גייט עס, ווי נענטער מען ווערט צום צדיק, ווי מער מען פאלגט דעם רבי'ן - אלץ גרעסער ווערט מען, און מען דארף אריבערגיין א טרעפ פון מער נישט שפירן געפיל, פארלירן די חשק וכו'. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן עב), ווען א מענטש ווערט נתעורר לתשובה, ער וויל עפעס טון צו זיין גוט, ער וויל זיין אן ערליכער איד און ער מאכט אפ צו גיין צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה", נאכדעם ווען ער איז שוין אויפן וועג איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים, און ער הייבט אן פארלירן זיין געפיל צו גיין צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר, וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", נאכדעם ווען ער קומט אן צום צדיק איז זיך דער יצר הרע נאכמער מתגבר אויף אים און ער פארלירט דעם גאנצן געפיל, זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי: "אַל יִקְשֶׁה בְּעֵינֶיךָ זאֹת, וְאַל יְבַהֲלוּךָ רַעְיוֹנֶיךָ עַל זֶה", זאלסט נישט ווערן צעמישט פארוואס דאס פאסירט און נישט דערשראקן ווערן, די סיבה צו דעם איז, ווייל ווי מער דער מענטש איז זיך מתגבר אויף זיין יצר הרע אלץ מער איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנּוּ", ווי גרעסער דער מענטש איז אלץ א גרעסערע יצר הרע האט ער, דעריבער אין אנהייב ווען ער איז נאכנישט געווען ביים צדיק איז ער נאכנישט געווען אין א גרויסע מדריגה, האט ער געהאט נאר א קליינעם יצר הרע, אבער נאכדעם ווען ער גייט צום צדיק איז ער שוין גרעסער - קומט א פרישע יצר הרע, ביז ווען ער קומט שוין צום צדיק, וואס דעמאלט איז זיך דער יצר הרע זייער שטארק מתגבר.



אחי חזק!

#71 - פארוואס איז מיין מאן אזא שלימזל?
חובות, התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, שמחה, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי נעמט מען די כוחות ווייטער אנצוגיין? ווי לאנג נאך וועט אונז דער אייבערשטער אויספרובירן? מיין מאן קלאפט זיך, אז ער איז געבוירן א שלימזל, ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין, און מיט רעכט, ער באקומט נאר ניין'ס פון יעדע פרנסה אין וואס ער געט זיך איין, די חובות וואקסן יעדן טאג, ווי אזוי קען מען לעבן אזוי טאג איין טאג אויס?


אפשר קען ראש ישיבה שליט"א מיר ענטפערן און מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יעצט איז אייער עבודת השם צו מחזק זיין אייער מאן, אים זאגן: "עס וועט נאך זיין גוט, עס וועט פאסירן א נס, עס וועט קומען שפע"; יעצט דארפט איר זיך ארויסשטעלן אלס דער שטארקער, נישט וויינען און נישט אראפקלאפן.


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד פשט אויף וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות די ווייב; אז אויב די ווייב איז קלוג, זי ווייסט וואס צו טון אין די צייטן וואס עס איז ענג; שטארקן איר מאן, אים מוטיגן - וועט אריבער גיין די טעג און עס וועט קומען עשירות, און אז די פרוי איז אויך בקטנות הדעת, זי שלעפט נאך מער אראפ די מצב, זי וויינט מיט, זי קרעכצט מיט, זי קוקט מיט א נישט גוטע אויג - דעמאלט ווי קען זיין עשירות? דאס זאגט דער רבי: 'עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה', דער עיקר עשירות קומט בזכות די ווייב.


זארגט נישט וועגן די חובות, איר זאלט שמייכלען צו אייער מאן און אים געבן גוטע ווערטער, און ווען אייער מאן איז נישט אין שטוב - זאלט איר זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן אין אייער שפראך מיט די וועג ווי אזוי איר רעדט צו א גוטע פריינד, אים בעטן ער זאל ענק געבן שפע, ענק זאלן האבן פרנסה; וועט איר זיכער זען א גרויסע נס.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#70 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון אלטע שולד געפילן?
התחזקות, שמחה, עצבות, התחדשות, שולד געפילן, עבר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר ווי די שולד געפילן פון מיין עבר לאזן מיר נישט אפ, עס מאכט מיר אזויפיל צער און ווייטאג און שטערט מיר זייער אין לעבן, ווי אזוי ווערט מען פטור דערפון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק דיין ווייב און מאך איר פרייליך; מען דארף נישט אריין גריבלען אין אלטע זאכן נאכדעם וואס דער מניוול האט נישט מצליח געווען וכו'.


חזר'ט אייך איין וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון און זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי.


אז דו וועסט קוקן אויף צוריק וועסטו ווערן צעדרוקט און זיך נישט קענען רוקן פאראויס אין לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה י:): "כָּל מָקוֹם שֶׁנֶּאֱמַר וַיְהִי, אֵינוֹ אֶלָּא לָשׁוֹן צַעַר", איבעראל וואו עס שטייט דאס ווארט 'וַיְהִי' – 'עס איז געווען', איז דאס א לשון צער, און וואו עס שטייט "וְהָיָה" - עס וועט זיין, "אֶלָּא לָשׁוֹן שִׂמְחָה", איז דאס א לשון שמחה. מוהרא"ש זאגט, דאס איז זייער וויכטיג, מען קען זיך נישט רוקן אין לעבן נאר אז מען קוקט וואס וועט זיין, עס וועט זיין גוט, און אז מען קוקט אויף צוריק - ברענגט דאס נאר צער, און דערפאר זאגט מוהרא"ש איז דער לייב דער קעניג אויף די חיות ווייל דאס איז זיין נאטור, ער דרייט זיך נישט אויס, ווידער דער פוקס איז טאקע א קלוגע חי', עס איז באוויסט אז דער פוקס איז זייער קלוג און געריבן, קלוגער פונעם לייב, אבער זיין נאטור איז שטענדיג צוריק צו קוקן, אזוי קען נישט זיין א קעניג, אזוי אויך ביים מענטש, דער וואס קוקט צוריק - דער קען נישט זיין קיין קעניג, ער קען נישט מצליח זיין.


ברודער, אנטלויף פון עצבות און מרה שחורה, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט, ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך, און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטוירים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - מיינע תפילות זענען נישט חשוב ביים אייבערשטן?
שידוכים, התחזקות, תפילה והתבודדות, אמונה, ספיקות, בלבולים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל אין די יארן פון שידוכים, עס איז מיר זייער שווער אויפ'ן הארץ, און איך שפיר אז דאס דערווייטערט מיר פונעם אייבערשטן.


איך פרוביר אסאך צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן, אסאך צו רעדן צום אייבערשטן און צו זיין נאנט מיט אים, איך שפיר אבער צומאל אזוי ווי דער אייבערשטער הערט מיר נישט אויס חס ושלום, אז ער ענטפערט מיר נישט, און ווער ווייסט ווען ער וועט מיר יא ענטפערן, און עס איז מיר זייער שווער אז איך געפין זיך אין אזא שווערע מצב פון הסתר פנים, איך וויל אזוי שטארק צו זען און שפירן דעם אייבערשטן, און איך וויל שוין אזוי שטארק אויפשטעלן אן אייגענע אידישע שטוב.


צומאל ווער איך זייער צעבראכן פון דעם, וואס איז די מעשה? דער אייבערשטער וויל נישט איך זאל אויפשטעלן א אידישע שטוב? ער דארף נישט האבן מיינע אלע תפילות וואס איך בעט אים אויף א הייליגע און ערליכע אידישע שטוב? אויף ערליכע קינדער? עס איז שוין גענוג פאר'ן אייבערשטן אז מיינע חבר'טעס האבן שוין אויפגעשטעלן שטיבער, מיין שטוב איז נישט אזוי וויכטיג ביי אים?


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה און חיזוק פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, די מחשבות וואס זאגן אייך אז דער אייבערשטער דארף אייך נישט - דאס זענען נישט קיין כשר'ע מחשבות, דאס קומט פון די סטרא אחרא. קלאפט ארויס די טריפה'נע מחשבות, און זאגט אייך: "דער אייבערשטער האט מיך זייער ליב", און דאס וואס איר ווארט אויף אייער שידוך - דאס ווייסן מיר נישט; מיר ווייסן נישט און פארשטייען נישט דעם אייבערשטנ'ס וועגן, מיר גלייבן אז יעדע זאך איז פאר אונזער טובה, און מיר דארפן נאר עוסק זיין אין תפילה און אין שירות ותשבחות צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער האט זייער ליב אונזערע תפילות.


פארלירט זיך נישט, האט חס ושלום נישט קיין טענות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן. זייט ווייטער מתפלל, דער אייבערשטער ווארט אויף אונזערע תפילות, אבער חס וחלילה האבן א פינטל טענות אויף די אמונה.


איר וועט בקרוב טרעפן אייער שידוך און אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#68 - לוינט זיך צו אנטלויפן פאר אפאר טעג?
התחזקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די הערליכע שיעור פון נעכטן, עס איז געווען מורא'דיג.


דער יצר הרע האט גוט געארבעט אויף מיר, און ערגעץ פאר די שיעור האב איך געטראכט, 'איך האב מער נישט קיין כח, איך גיי אנטלויפן פאר אפאר טעג', און נאכדעם קום איך אן צום שיעור און דער ראש ישיבה שליט"א הייבט אן אזוי זיס: "נישטא וואו צו אנטלויפן..." איך האב כמעט גע'חלש'ט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם רבי עצה'ט אונז מיר זאלן אנטלויפן צום אייבערשטן; נישטא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה - ווי צום אייבערשטן און צו די תורה. חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא תֵצֵא) "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחְזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי וָאֶתְחַנַּן) "יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבִּיְסוּרִין נִמְחָל לוֹ" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס אָפְּמֶעקְן אַלֶע זַיינֶע עֲבֵירוֹת.


וואס וואלטן מיר געטון אנעם רבי'ן... וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון א רבי וואס איז אונז מחזק און מעודד מיר זאלן אנטלויפן צום אייבערשטן, נאכאמאל קומען צו אים און רעדן צו אים, אים דערציילן ווי שווער עס איז אונז.


אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#67 - ווי אזוי דערהאלט איך זיך אין אזעלכע שווערע מצבים?
התחזקות, שלום בית, נסיונות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן איז ברוך ה' אן עובד ה', אן אמת'ער עובד ה', אבער מיט דעם אלעס איז ער זייער געטריי און גוט און וואויל. יישר כח אייבערשטער אז איך האב גוט חתונה געהאט, איך דאנק דעם אייבערשטער פאר דעם.


מיין מאן גייט יעצט אריבער א שווערע תקופה, און ער דארף שלאפן זייער אסאך כדי ער זאל זיך קענען אויסהיילן זיין נפש, ברוך ה' אז עס איז מטופל ביי ערליכע אידן, אבער מיר איז עס ביטער ביטער שווער, און עס גייט נאך נעמען וואכן, און איך שפיר אז איך בין נישט מסוגל עס אריבערצוטראגן, איך האב נישט קשיות אויפ'ן אייבערשטן, אבער פארוואס פונקט פאר מיר און פאר מיין מאן?


מיין מאן דארף יעצט פון מיר אסאך הילף און חיזוק, און געווענליך איז ער דער וואס איז מחזק אין שטוב, און עס איז מיר זייער שווער אז די מצב איז יעצט פארקערט. איך קען נישט, איך קען טאקע נישט, איך בין צו קליין פאר אזעלכע זאכן, און ברוך ה' אז מען איז אפגעשוואכט פון שמחות, מען איז פארנומען מיט די קינדער, און דאס אליין איז שוין שווער, און מיין טאטע און מיין מאמע האלטן אז איך מוז ממשיך זיין מיין לעבן און גיין צו די ארבעט, און אזויפיל זאכן וואס איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו דערהאלטן מיט דעם.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר וואס צו זאגן? אן עצה, עפעס חיזוק, ווייל איך בין זייער צעבראכן און צעשאסן פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אזא צער פון וואס עס גייט אויף אייך אריבער, עס רייסט מיר מיין הארץ פון וואס איר מאכט מיט, איך בעט אייך זייער דערהאלט אייך מיט אלע כוחות.


איין עצה איז דא, איר זאלט יעדן טאג אוועק געבן אפאר מינוט פאר תודה והודאה, איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אייך. ערשטנס אז איר האט אן ערליכער מאן אן עובד השם, און פאר דעם וואס ער גייט יעצט אריבער, אז דאס איז נאר אן איבערגאנג, עס איז מיט גרויסע חסדים, ער וועט צוריק ווערן געזונט און שטארק, דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער, און דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע קלוגע עלטערן וואס שטארקן אייך צו האלטן די שטוב און נישט עס צעברעכן.


תודה והודאה איז אזוי וואונדערליך, ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט מען געזונט פיזיש און גייסטיש, מען באקומט פרישע כוחות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), ווער עס דאנקט דעם אייבערשטן ברענגט אויף די וועלט כוחות פון עולם הבא, פון גן עדן; מען זעט ניסים ונפלאות.


איך ווייס אז עס איז אייך זייער שווער, איר זענט יונג און מען פרובירט אייך אויס מיט אזא שווערע נסיון, אבער וויסן זאלט איר, עס איז נאר אן אריבערגאנג, און אז איר וועט זיך דערהאלטן, איר וועט ווייטער פירן די שטוב, איר וועט ווארטן מיט סבלנות - וועט קומען א שנעלע ישועה.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#66 - ווי אזוי בארואיגט מען זיך פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מאראקא?
התחזקות, חסידות ברסלב, לימוד התורה, צרות, תשובה, יום המיתה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דעם פארגאנגענעם פרייטאג זענען אזוי טראגיש אומגעקומען פינף טייערע אידן פון שטאט צפת, אין א שרעקליכן עקסידענט אין מאראקא. איך פלעג דאווענען זיי אין איין בית המדרש, איך האב זיי גוט געקענט און זיך געטראפן מיט זיי יעדן טאג, און איך בין געווארן שרעקליך צעטראגן און צעבראכן פון די שוידערליכע טראגעדיע.


איך מוז האבן חיזוק אנצוגיין, איך האב נישט קיין מח צו קיין שום זאך, איך שפיר ווי איך קען גארנישט טון מער.


אלע אידן אין צפת זענען שרעקליך צעבראכן פון די מעשה, פרייטאג האבן דא מענטשן געוויינט אויפ'ן גאס. אין מקוה האב איך געהערט ווי איינער פרעגט דעם צווייטן ווי אזוי מען וועט קענען זיין פרייליך דעם שבת, און יענער האט אים געענטפערט, "מען קען נעמען עפעס א גרינע זאך, אדער קען מען זיך אנטרינקען מיט אלקאהאל", איך נעם נישט ביידע זאכן ברוך ה'.


מוצאי שבת בין איך אריבער קיין מירון און זיך אויסגעוויינט דאס הארץ ביים ציון פון רבי שמעון בר יוחאי, מיר האט מען אויסגעלערנט אז ווען עס דרוקט אויפ'ן הארץ גייט מען צו א ציון פון א צדיק און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ, אבער עס איז מיר נאכאלץ זייער שווער.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עפעס מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, ח' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (שבת קו.): "אחד מבני חבורה שמת תדאג כל החבורה כולה", ווען איינער פון די חבורה גייט אוועק פון דער וועלט דארפן אלע תשובה טון; אריינכאפן גוטע זאכן, מצוות ומעשים טובים, וואס מען וועט מיט נעמען אויף אייביג.


מוהרא"ש זאגט, ווען מען הערט די נייעס אז דער איז געשטארבן, יענער איז געשטארבן – זענען דא מענטשן וואס טראכטן 'עס איז דא א חברה של מתים', א חברה שטארבערס, אנשטאט תשובה טון און טראכטן 'ווער ווייסט ווער איז דער קומענדיגער אין די רייע? בין איך אין די רייע?' טרייבט מען אוועק די מחשבות, און מען טראכט 'די זאכן פאסירן נאר מיט די חברה שטארבערס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם, לא:) אויפן פסוק (תהלים מד, יד): "זֶה דַרְכָּם כֵּסֶל לָמוֹ", דאס איז זייער נארישע וועג,  זיי רעדן פון שטארבן אבער זיי טראכטן אז דאס האט נישט מיט זיי.


וואויל איז דער מענטש וואס ווען מען הערט וואס פאסירט אויף דער וועלט טוט מען תשובה, און מען הויבט אן לעבן מיט תכלית. אזוי ווי עס שטייט (קהלת ז, ב): "טוֹב לָלֶכֶת אֶל בֵּית אֵבֶל" עס איז גוט צו גיין מנחם אבל זיין, "מִלֶּכֶת אֶל בֵּית מִשְׁתֶּה", ווי צו גיין צו חתונות, "בַּאֲשֶׁר הוּא סוֹף כָּל הָאָדָם", אזוי פארשטייט מען וואס איז דער סוף פונעם מענטש, "וְהַחַי יִתֵּן אֶל לִבּוֹ", און מען טוט תשובה.


זע צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה, און זיי זיך מתבודד. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוואוסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#65 - פארוואס דארף איך שלאפן אזוי סאך?
התחזקות, רפואה, צדיקים, שמחה, שלאפן, עבודת השם, היטן די צייט, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אז אויב איך גיי שלאפן פרי און איך שלאף אכט שעה ביינאכט, שפיר איך נאכדעם גוט א גאנצע טאג; אויב אבער גיי איך שלאפן שפעט, אדער שלאף איך ווייניגער פון אכט שעה, שפיר איך שוין נישט אזוי הונדערט פראצענט גוט.


פון די אנדערע זייט וויל איך אבער זייער שטארק לערנען ביינאכט, זיך מער באפלייסן אין לערנען ביינאכט, בפרט אז ביינאכט איז מער רואיג, אסאך גדולי ישראל האבן מתמיד געווען ביי נאכט, אויך מוהרא"ש זי"ע. מוהרא"ש שרייבט אבער אסאך מאל נישט צו זיין קיין אויבער חכם, מען זאל היטן די שלאף.


אפשר דאס אז איך דארף שלאפן אזוי סאך איז ווייל איך בין זייער מגושם? איך בין זייער צעמישט מיט דעם. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רבי נתן האט אמאל געשמועסט מיט אנשי שלומינו דיבורי התחזקות, ער האט זיי מחזק געווען זיי זאלן זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות אפילו עס גייט נישט ווי מען וויל וכו'; אינמיטן האט זיך רבי נתן צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות"; רבי נתן האט נישט אויסגערומט די צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות דורך ווייניג שלאפן וכו', נאר צוליב זייער התחזקות; ווייל דאס איז די סוד פון די צדיקים, זיי האבן זיך דערהאלטן, זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן און זיך נישט געלאזט צעברעכן פון גארנישט.


מאך נישט נאך די צדיקים מיט ווייניג שלאפן און ווייניג עסן, מיר דארפן נאכמאכן די צדיקים מיט זייער שמחה און זייער התחזקות, ווי זיי זענען זיך מחזק; אפילו זיי שפירן ווי מען דארף זיי נישט און ווי מען איז זיי מרחק דערהאלטן זיי זיך, ווי זיי האבן געשפירט אין איין טאג טויזנט מאל א טעם פון שטארבן און דאך זענען זיי נישט אוועק געגאנגען פונעם אייבערשטן, מיט דעם דארף מען זיי נאכמאכן.


עס און שלאף אבער היט די צייט, איינער דארף שלאפן מער און איינער קען שלאפן ווייניגער, דער עיקר דארף מען היטן די צייט און זיך נישט איבערשטרענגען. דער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף אכטונג געבן אז קודם זאל זיין גוף זיין רואיג און נישט איבערגעשטרענגט, און נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש; ווען דער יצר הרע זעט א מענטש וועם ער קען נישט בייקומען - דער מענטש פירט זיך זייער ערליך, קומט ער צו אים ווי א פרומער, ער מאכט אים שפירן אז ער טוט נישט גענוג, און ער פארדרייט אים דעם קאפ אז ער זאל פאסטן און טון סיגופים וכו' וכו'. פארשטייט זיך אז דער מענטש האט נישט קיין כח צו דעם, פאלט ער אראפ און ער ווערט שוואך, און ער בלייבט ליגן אין בעט אן קיין כח, ער קען נישט נישט דאווענען און נישט לערנען, און אזוי האט ער אים געכאפט אין זיין פאסטקע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - פארוואס זאלן די קינדער זיין גוט, אז איך בין א גארנישט?
התחזקות, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, נחת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א שטיק צייט צוריק אז איך זאל בעטן דעם אייבערשטן פאר ערליכע קינדער, ברוך ה' אז איך האב אנגעהויבן זאגן יעדן טאג די תפילת השל"ה און אויך בעטן דעם אייבערשטן אין אידיש.


עס פילט זיך אבער אביסל מאדנע, איך אליין בין נישט דער גרויסער צדיק, ווי אזוי קען איך ערווארטן אז דער אייבערשטער זאל מאכן מיינע קינדער ערליך ווען איך האלט ביי גארנישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס - קלאפ זיך נישט; דאס אז דו ווילסט ערליכע קינדער, דו זאגסט די תפילת השל"ה און דו ביסט מתפלל אויף אידיש פאר גוטע קינדער - דאס ווייזט אז דו ביסט יא גוט און דו ווילסט זיין גוט, מאך זיך נישט אוועק.


מוהרא"ש האט געשריבן קרוב צו הונדערט טויזנט בריוו, אין יעדע בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט עצות און סגולות פאר גוטע ערליכע קינדער - קומט מוהרא"ש אלץ צוריק אז די שליסל איז תפילה והתבודדות.


מוהרא"ש דערציילט, ווען די הייליגע צוויי ברידער, דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק און דער הייליגער רבי ר' זושא זכותם יגן עלינו זענען געגאנגען גלות ליידן, האבן זיי געטראפן אין איינע פון די דערפער א קינד, זיי האבן געזען אויף דעם קינד אז ער האט א הייליגע נשמה, זיי האבן געזען א שטארקע ליכטיגקייט רוט אויף אים, זיי האבן געפרעגט דעם קינד וואו ער וואוינט, זיי האבן געוואלט זען דעם טאטן, אים נאכקוקן ווי אזוי ער האט זוכה געווען אראפ צו ברענגען אזא הייליגע נשמה, זיי האבן געזען דעם איד, א פשוט'ער איד וואס דאווענט דריי מאל א טאג די דריי תפילות מיט מנין, און לערנט שיעורים כסדרן, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט ווי קומט צו אזא פשוט'ער איד אזא הייליג קינד.


זיי האבן געפרעגט און געפרעגט, ביז די ווייב האט געזען ווי זיי עקשנ'ען זיך, האט זי געזאגט אז יעדן שבת אינדערפרי ביי די זמירות, ביי ברוך ה' יום יום ווען איר מאן קומט אן צו די ווערטער: "וזכנו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות" - וויינט ער, עס רינט אים טרערן פון די אויגן, ער זאגט איבער די ווערטער אן א שיעור מאל, ביז ער פאלט פון די כוחות, אזוי חזר'ט זיך איבער יעדן שבת; האבן די צוויי הייליגע ברידער געזאגט, יעצט פארשטייען זיי ווי קומט אזא הייליג קינד צו אזעלכע פשוט'ע עלטערן, דורך תפילה; דער קינד איז אויסגעוואקסן דער צדיק רבי דוד לעלובער זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - וואס טו איך אז איך האב אויסגעלאזט א טאג "קרבנות הנשיאים"?
שידוכים, התחזקות, תפילה והתבודדות, סגולות, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט אויסגעזען אן די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך דארף חיזוק, איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן, איך וויל אזוי שטארק שוין חתונה האבן, איך האב שוין אזוי לאנג געמיינט אז איך מיין ישועה קומט שוין. איך פרוביר צו זיין גוט און וואויל, צו דאווענען און לערנען און זאגן תהלים, אבער דערווייל רוקט זיך גארנישט.


איך האב זיך ענדליך גענומען אין די האנט אריין און אנגעהויבן זאגן יעדן טאג די "קרבנות הנשיאים" מיט די ווארעמע תפילות פון מוהרא"ש, נאכדעם וואס איך האב געהערט ביי א שיעור איבער די גרויסקייט פון די סגולה. איך האב עס געזאגט יעדן טאג מיט מסירות נפש, ביז נעכטן, וואס האט געדארפט זיין די 38'סטע טאג, האב איך פשוט פארגעסן עס צו זאגן.


איך בין אזוי צעבראכן פון דעם, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך בין געווען זיכער אז עס קומט שוין מיין ישועה. וואס טו איך יעצט? דארף איך אנהויבן פון פריש?


איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מחזק זיין, ווייל איך שפיר ווי איך פארליר שוין מיינע כוחות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה א', ו' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט צעבראכן אז דו האסט פארפעלט איין טאג פון טון די סגולה וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס קומט אן שווער צו טרעפן א שידוך - זאל זאגן אסאך די קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים; די סגולה איז נישט צו זאגן דווקא ברציפות, א מענטש איז נישט קיין מאשין וואס פארפעלט נישט וכו'.


קלאפ זיך נישט אראפ, וועסט בקרוב זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, נאר בתנאי זאלסט נישט אויפגעבן, נישט אריינפאלן אין יאוש; דאווען ווייטער צום אייבערשטן און טו די סגולות פון צדיקים - וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך און אויפבויען א שיינע אידישע שטוב.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#62 - מעג מען זיך מתבודד זיין אום שבת קודש?
שידוכים, התחזקות, שבת קודש, תפילה והתבודדות, ספיקות, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען מעג זיך מתבודד זיין אום שבת קודש, מתפלל זיין און בעטן דעם אייבערשטן פאר זאכן וואס ליגן מיר אויפ'ן הארץ, צום ביישפיל פאר א שידוך?


איך האב געהערט אז אום שבת מעג מען מתפלל זיין נאר אויף רוחניות'דיגע זאכן, נישט אויף גשמיות, אבער פון ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש האב איך פארשטאנען אז אלעס איז רוחניות, ווייל אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס.


אויך האב איך געוואלט באקומען אביסל חיזוק אויף דעם וואס איך ווארט אויף א שידוך, איך בין זייער צעבראכן, איך וויל שוין חתונה האבן, עס קומט מיר כסדר אריין שלעכטע מחשבות אז עס וועט מיר נעמען נאך זייער לאנג צו טרעפן א שידוך, פארוואס זאל מיר איינער בכלל וועלן? און אזוי ווייטער אסאך אזעלכע סארט מחשבות.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן, עס וועט מיר ממש אויפלעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען מעג שבת רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, אפילו וויינען מעג מען - אויב מען טוט דאס פון נאנטקייט און פון בענקעניש צום אייבערשטן, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (מדרש אגדה; הובא בבית יוסף אורח חיים סימן רפח), דער הייליגער תנא רבי עקיבא פלעגט וויינען שבת ביים דאווענען, ווייל עס איז אים געווען א פארגעניגן, עס איז געווען פון שמחה און פון בענקעניש. ער פלעגט זאגן שיר השירים מיט הייסע טרערן, פון דעם לערנט מען ארויס אז אויב דאס בעטן און וויינען איז אן עונג שבת - מעג מען (טורי זהב סימן רפח, סעיף קטן ב).


נישטא נאך א זאך וואס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן אזוי ווי התבודדות ותפילה, ווען מען שמועסט מיטן אייבערשטן ווערט מען צוגעקלעבט מיט די גרעסטע דביקות צום אייבערשטן, מען ווערט איינס כביכול מיטן אייבערשטן, און מען קומט צו די גרעסטע מדריגות.


בנוגע א שידוך וכו'; בעט דעם אייבערשטן און ווארט מיט סבלנות, און זאג יעדן טאג די פרשה פון די "קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים". דער רבי זאגט (ספר המדות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס קומט אן שווער צו טרעפן א שידוך, זאל זאגן אסאך די קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים; דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביז סוף סדרה; דאס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה - קריאה לחנוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#61 - פארוואס האב איך נישט זוכה געווען אנצוקומען קיין אומאן?
אומאן, התחזקות, סיפורי צדיקים, ראש השנה, ספרי ברסלב, ספיקות, פחדים, בלבולים, רמזים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער שטארק געוואלט און פרובירט אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, אבער ליידער בין איך נישט אנקומען.


איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך ווייס נישט וואס איך דארף פאררעכטן, איך ווייס נישט וואו אנצוהויבן, איך האב געשפירט אז איך בין אזא גרויסער בעל עבירה אז אפילו דער רבי וויל נישט איך זאל קומען צו אים. איך ציטער וואסערע סארט יאר איך וועל האבן דאס יאר.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מחזק זיין, איך זאל וויסן ווי אזוי צו טראכטן, וואס איך קען זיך מקבל זיין, מיט וואס איך דארף זיך פארבעסערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק יארן צוריק ווען א גאנצע חבורה אנשי שלומינו זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס, זיי זענען נישט אנגעקומען קיין אומאן, און זיי זענען געווען זייער צעבראכן אז זיי האבן נישט געקענט אנקומען צום רבינ'ס ראש השנה, האט מוהרא"ש דעמאלט זיי געזאגט: "ענק זענען אלע געווען ביים רבי'ן; ווייל אז מען וויל קומען, מען טוט אלעס צו קומען און מען איז אפגעשטעלט געווארן, מען האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו קומען - איז דאס גערעכנט אזוי ווי מען איז געווען אין אומאן".


צעקלאפ זיך נישט, נעם נישט ארויס פון דעם קיין שלעכטע רמזים כאילו דער רבי דארף דיך נישט, דער רבי דארף דיך יא, דער רבי זארגט פאר דיר, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג", וואס זארגט איר? "מֵאַחַר שֶׁאֲנִי הוֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם", אז איך גיי פאר אייך, איך בין אייך מתקן; עיין שם.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך צובינדן צום רבי'ן מיטן לערנען דעם רבינ'ס ספרים. מאך זיך א שיעור אין ספר ליקוטי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווערט מען צוגעבינדן צום רבי'ן און מען ווערט א גרויסער צדיק, און בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פונעם יאר אז דו זאלסט זוכה זיין צו קענען זיין דעם קומענדיגן יאר ראש השנה ביים רבי'ן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#60 - ווי אזוי העלף איך מיין שוועסטער וואס האט זיך צעטיילט?
התחזקות, שלום בית, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, אידישע שטוב, הפצה, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א נישט גוטע בשורה צו דערציילן, מיין שוועסטער וואס האט שוין חתונה פאר אסאך יארן, איז אוועקגעלאפן פון איר מאן, נאכדעם וואס ער האט איר שטארק געטשעפעט. מיינע עלטערן ווייסן נישט וואס צו טון, זי האט איבערגעלאזט די קינדער און זי וויל מער נישט צוריק גיין.


זייער א טרויעריגע מעשה, עס צערייסט די הארץ, מיינע עלטערן האלטן עס נישט אויס; איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון זיי צו העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מחזק דיין שוועסטער, רעד מיט איר דיבורי אמונה, דערצייל איר מעשיות פון תפילה וואס האט מיט דיר פאסירט, ווי דו האסט געבעטן דעם אייבערשטן אויף געוויסע זאכן און דו האסט עס באקומען; דאס וועט איר געבן חיזוק.


אויך זאלסטו רעדן מיט איר וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה", עס איז נישטא קיינער וואס זאל האבן עולם הזה, "וַאֲפִלּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים, אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", אפילו די גרויסע עשירים האבן נישט קיין עולם הזה, "כִּי כָל יְמֵיהֶם כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", זייער גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג און כעס, "וְכֻלָּם מְלֵאִים טְרָדוֹת וּדְאָגוֹת וְעַצְבוּת וְיָגוֹן וַאֲנָחָה תָּמִיד", יעדער איינער איז אנגעפילט מיט פראבלעמען, יעדער קרעכצט; נאר איין וועג איז דא, ארייננעמען דעם אייבערשטן אין די לעבן, און אז דער מאן שרייט - איז דאס זיין אייגענע פראבלעם, דאס האט נישט מיט די ווייב, און אז ער וויל נישט העלפן - איז דאס זיין פראבלעם, און ווער עס העלפט יא אין שטוב - טוט נאר פאר זיך א טובה; אזוי אז מען איז נישט אנגעהאנגען אין קיינעם, מען איז נאר אנגעהאנגען אויפן אייבערשטן - דער לעבט א חיים טובים.


מיט די הקדמות פון רבי'ן איז דאס לעבן א זיסקייט, א געשמאקקייט, אז מען האט די הקדמות אין לעבן צעווארפט מען נישט א שטוב, ווייל מען ליידט נישט, מען ווייסט 'דער אייבערשטער פירט אלעס, טוט אלעס און מאכט אלעס', מען ווייסט אז אלעס איז נאר א שפיל; עס זעט אויס ווי עס איז דא מענטשן, עס זעט אויס ווי מיין מאן טשעפעט אדער מיין ווייב דערנידערט מיר וכו', אבער עס איז נישט דער און נישט יענער, עס איז אלעס דער אייבערשטער אליין.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס), ווער עס האט טועם געווען פון אים, ווער עס האט געהערט זיינע עצות - איז דאס אזוי ווי איינער האט טועם געווען פון די אונגארישע וויין, דעם קען מען שוין נישט אפנארן; אז דו וועסט געבן פאר דיין שוועסטער אביסל טועם זיין פון די אונגארישע וויין, "ו'יין י'שמח ל'בב א'נוש" (תהלים קד, טו) - וועט זיי ווערן אזוי פרייליך, זי וועט צוריק גיין צו אירע קינדער און נישט צעווארפן איר שטוב.


גיי וואס מער הפצה, נאר דאס קענסטו טון. עס גייט אריבער אזעלכע צרות, מענטשן גייען אראפ פון זין פון גרויס צער און ווייטאג, יעדער איינער מיט זיינע איבערגייאכטס, און מיט די עצות פון רבי'ן וואלט מען געקענט איינשפאָרן אזויפיל, ווייל די ביטערע נייעס דארף דיר געבן חיזוק אויף גיין הפצה; נישט באקומען קיין חלישות הדעת, נישט קוקן אויף קיינעם, נאר וואס מער אויסשפרייטן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - בין איך א דורכפאל?
התחזקות, תשובה, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין ווייטער דורכגעפאלן, מיינט דאס אז איך בין שוין א דורכפאל? איך דארף חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא אזא זאך "איך בין שוין א דורכפאל", יעדער איינער קען פאררעכטן די שלעכטע מעשים וואס מען האט געטון. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס - גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.


טו תשובה, זיי זיך מתוודה, דערצייל דעם אייבערשטן דיין דורכפאל און בעט אים ער זאל אנעמען דיין תשובה, זאג אים צו אז דו וועסט מער נישט טון די שלעכטע זאך. דאס איז די עכטע וועג פון תשובה טון, מער נישט טון וואס מען האט געטון, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מט): "וְדַע" זאלסט וויסן, "שֶׁעִקָּר הַתְּשׁוּבָה הַשְּׁלֵמָה הִיא" די עכטע וועג פון תשובה טון איז – "כְּשֶׁאָדָם עוֹבֵר בְּאֵלּוּ הַמְּקוֹמוֹת מַמָּשׁ שֶׁהָיָה מִקֹּדֶם הַתְּשׁוּבָה" ווען מען גייט אריבער נאכאמאל די נסיון וואס מען האט געהאט, "כָּל אֶחָד לְפִי מַה שֶּׁעָבַר עָלָיו בַּיָּמִים הַקּוֹדְמִים" יעדער איינער זיינע נסיונות, "וּכְשֶׁעוֹבֵר בְּאֵלּוּ הַמְּקוֹמוֹת וְהָעִנְיָנִים שֶׁהָיָה מִתְּחִלָּה מַמָּשׁ" און אז מען האט נאכאמאל די נסיונות, מען האט נאכאמאל די מעגליכקייט צו טון די שלעכטס, "וְעַכְשָׁו פּוֹנֶה עֹרֶף מֵהֶם" און מען דרייט זיך אוועק פון דעם, "וְכוֹפֶה יִצְרוֹ" און מען פאלגט נישט דעם יצר הרע, "לִבְלִי לַעֲשׂוֹת עוֹד מַה שֶּׁעָשָׂה" מען טוט נישט וואס מען האט געטון - "זֶהוּ עִקָּר הַתְּשׁוּבָה הַשְּׁלֵמָה", דאס איז עכטע תשובה, "וְרַק זֶה נִקְרָא תְּשׁוּבָה" און נאר דאס איז תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - איך האב פארפאסט שבת שקלים, וואס טו איך יעצט?
התחזקות, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, יום כיפור, שבת שקלים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב מיך זייער שיין צוגעגרייט אויף שבת שקלים, מיט אלע שיינע ווערטער און תורות, אבער למעשה בין איך פארשלאפן, איך בין ארומגעלאפן צו שולן וואס דאווענען שפעט, יעדע שול וואו איך בין אריינגעקומען האט מען שוין געהאלטן ביי מוסף, און איך האב צום סוף נישט געהערט ליינען שקלים.


איך האב מיטגעזונגען "אור פניך", און נאכגעזאגט ביי די סעודה דער תורות פון שבת שקלים, ווי אזוי קען איך אבער נאך זוכה זיין אז משה רבינו זאל אויפהייבן מיין קאפ, אויב איך בין נישט געווען ביים ליינען שקלים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דא קומט אריין וואס רבי נתן האט געזאגט פאר איינער פון זיינע חברים וואס האבן געזאגט: "אויב איז מיין דאווענען אויף די זעלבע מדריגה פון נעכטן - וואלט איך מיך ארויפגעווארפן אויפן שארף פון שווערד"; יענער האט זיך בארומט אז יעדן טאג גייט אים דאס דאווענען מיט העכערע מדריגות, זאגט רבי נתן: "איך האב מקבל געווען פון רבי'ן אנדערש, איך האב מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן אז מען דאווענט נישט יום הקדוש - דאווענט מען אין גאט'ס נאמען" (א טאג נאך יום כיפור רופט מען 'גאט'ס נאמען'); דעם רבינ'ס לימוד איז, מען קוקט נישט אויף צוריק, מען דרייט זיך נישט אויס, מען קוקט אויף פאראויס, מען הויבט אן שטענדיג פונדאסניי.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה - וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי".


דער לייב איז דער קעניג פון די חיות ווייל דער לייב האט א נאטור אז ער דרייט זיך נישט אויס, ער קוקט נישט אויף צוריק, דער פוקס איז טאקע פול מיט חכמות, אבער אלץ קוקט דער פוקס אויף צוריק; אזא איינער קען נישט זיין קעניג, אז מען וויל מצליח זיין, סיי ברוחניות, סיי בגשמיות - טאר מען נשיט צוריק קוקן, מען דארף קוקן אויף פאראויס.


דער מלאך האט געזאגט פאר לוט: "קוק נישט צוריק", און ווען לוט'ס ווייב האט צוריק געקוקט איז זי געווארן א שטיק זאלץ, און אזוי זענען דא טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מענטשן עד היום הזה וואס זענען א שטיק זאלץ, א שטיק מרה שחורה - פון האלטן אין איין צוריק קוקן אויף וואס איז געווען.


נעם די עצה פון התבודדות, רעד צום אייבערשטן יעדן טאג אפאר מינוט אויף דיין אייגענע שפראך, ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער איז זיך מתבודד, ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער האט, און בעט אויף אלעס וואס ער דארף, און דערציילט דעם אייבערשטן אלעס וואס באדערט אים - אזא איינער לעבט אין גן עדן, אזא מענטש לעבט א חיים טובים.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבערגיין אויף מיר - וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - האב איך נאך אן האפענונג צו זיין גוט?
התחזקות, ספרים, דאווענען, תשובה, עבירות, תפלין, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער עס גייט מיר ממש נישט.


איך שעם זיך זייער צו שרייבן וואס עס גייט אריבער אויף מיר, נישט קיין שחרית, נישט קיין מנחה, נישט קיין מעריב, נישט קיין תפלין, גארנישט. נאר א בלאט גמרא יעדן טאג, איך גיי אין מקוה, און איך רעד אביסל צום אייבערשטן.


איך ווייס אז עס איז געפערליך, עס טאר נישט זיין אזוי, אבער ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון דעם ביטער געשעפט. איך וויל זיין א פשוטער ערליכער איד, איך בין זייער פארשעמט פון מיין אייגענע אויפפירונג, האב איך נאך אן האפענונג צו זיין גוט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, ב' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט אין די תשובות (שות ברסלב חלק ב', מכתב רמב), איינער שרייבט אזא שאלה: "איך בין אזוי געפאלן אז איך לייג נישט קיין תפילין", מוהרא"ש ענטפערט אים: "דאס קומט פון זיין דערביטערט", און מוהרא"ש שרייבט אים: "וויסן זאלסטו, עס וועט דיר גארנישט העלפן דאס זיין דערביטערט, עס וועט דיר נאר מער און מער אראפווארפן, ביז שאול תחתית".


מוהרא"ש מיט זיין גרויס רחמנות געבט אים אן עצה ער זאל זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים, מוהרא"ש זאגט: "ולכן לדעתי תתחיל לעיין בספרי רביז"ל ושם תראה את גודל רחמנותו יתברך על כל בריותיו, ובפרט אלו שחוזרים אליו ומתחילים לדבר עמו יתברך, עליהם הקדוש ברוך הוא פונה תיכף ומיד", אין רבינ'ס ספרים וועסטו זען די רחמנות פון אייבערשטן, ווי ער האט אויף יעדן רחמנות, ובפרט אויף די וואס קערן זיך צוריק, די וואס טוען תשובה; אויף זיי האט ער זייער רחמנות און ער נעמט אן זייער תשובה.


דעריבער טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים. לדעתי זאלסטו אנהויבן מיט ספר אשר בנחל, דאס איז א תמצית פון רבינ'ס ספרים, די בריוו וועלן דיך אויפוועקן און מוטיגן צו תשובה, צו גיין אין שול אנטון טלית ותפילין, און דאווענען די דריי תפילות. די בריוו פון ספר אשר בנחל וועט אריינבלאזן א גייסט אין דיר, עס וועט ווערן ממש תחיית המתים, וועסט ווערן א גרויסער צדיק. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש האט א כח צו מאכן דעם מענטש פאר א בעל תשובה, די בריוו זענען דעם רבינ'ס שיחות, און דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פארן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - א גוטער וואס פאלט אמאל אראפ, אדער א שלעכטער וואס טוט אמאל גוטס?
התחזקות, תשובה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די עצות און חיזוק אויפ'ן לעבן וואס רינען ארויס פון די שיעורים, פון די בריוו, און פון די טייערע חברים תלמידי היכל הקודש.


איך וויל פארשטיין וואס איך בין באמת, בין איך א שלעכטער מענטש מיט שלעכטע מחשבות, וואס טוט אויך תורה און מצוות? אדער בין איך באמת א גוטער מענטש, וואס פאלט נאר אראפ אין שלעכטע זאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עכט ביסטו א וואוילער און א גוטער, אזוי גייט עס ווען מען דינט דעם אייבערשטן, מען דארף דאס אלץ אריבערגיין. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודות השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודות השם און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפ גיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפגעפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה.


עכט ביסטו א גוטער מענטש, נאר פון הימל איז א תענוג און הנאה צו זען ווי עס קומט אריין אין דיר נאכאמאל שלעכטע מחשבות און ווי דו שטארקסט זיך אויף זיי. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן רלג): "כְּשֶׁמִּתְגַּבְּרִים עַל הָאָדָם מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת וְהִרְהוּרִים וְהוּא מִתְחַזֵּק וּמִתְגַּבֵּר עֲלֵיהֶם וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם, יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִזֶּה, וְהוּא יָקָר מְאֹד בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווען א מענטש טראכט נישט גוטע מחשבות און ער שטארקט זיך אויף די מחשבות און איז זיי מנצח, האט דער אייבערשטער א גרויסע תענוג און נחת רוח פון אים, "כְּמָשָׁל שֶׁיֵּשׁ אֵצֶל הַמְּלָכִים, לִפְעָמִים בְּיוֹמָא דְּפַגְרָא הֵם מַנִּיחִין כַּמָּה חַיּוֹת שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה, וְהֵם עוֹמְדִים וּמִסְתַּכְּלִים, וְיֵשׁ לָהֶם תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִן הַנִּצָּחוֹן", אזוי ווי עס איז דא ביי די קעניגן, אין געוויסע טעג ברענגען זיי חיות זאלן זיך קריגן איינער מיט'ן צווייטן, אלע שטייען און קוקן ווער עס גייט מנצח זיין, זיי האבן א גרויסע תענוג ווען די חיות זענען מנצח איינער דעם צווייטן, "כְּמוֹ כֵן מַחֲשָׁבוֹת קְדוֹשׁוֹת הֵם חַיּוֹת טְהוֹרוֹת וּמַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת הֵם חַיּוֹת טְמֵאוֹת", אזוי איז מיט די מחשבות פונעם מענטש, די מחשבות פונעם מענטשן זענען אזוי ווי חיות, גוטע מחשבות זענען אזוי ווי טהור'ע חיות און שלעכטע מחשבות זענען אזוי ווי טמא'נע חיות, "וּמַנִּיחִים בְּכַוָּנָה מִלְּמַעְלָה שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה", מען ברענגט די שלעכטע מחשבות פון אויבן זיך צו קריגן מיט די גוטע מחשבות, "וְיֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל כְּשֶׁהָאָדָם מִתְגַּבֵּר עַל הַחַיּוֹת טְמֵאוֹת וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם", דער אייבערשטער האט א געוואלדיגע תענוג און נחת רוח ווען מען שטארקט זיך אויף זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - ווי אזוי שטארקט מען זיך, נאכ'ן כאפן קלעפ פונעם אייבערשטן?
התחזקות, רפואה, חיזוק פאר פרויען, אמונה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פון וואו נעמט מען די כוחות ווייטער אנצוגיין? אין די לעצטע האלבע יאר האב איך צוויי מאל אנגעהויבן ווארטן, און ביידע מאל פארלוירן לא עלינו. איך האב נישט קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, איך ווייס אז אלעס וואס ער טוט איז גוט, פון וואו נעמט מען אבער די כוחות ווייטער אנצוגיין? פארוואס זאל איך וועלן נאכאמאל אנהייבן ווארטן? איך האב מורא נאכאמאל צו פארלירן. עס איז יסורי הגוף והנפש וואס קיינער קען נישט פארשטיין, מען קען עס פאר קיינעם נישט דערציילן, און מען דארף ווייטער אנגיין כאילו גארנישט האט פאסירט, און דאס קאסט אסאך אסאך כוחות. איך בין בסך הכל א קליין מענטשעלע מיט א הארץ פון פלייש, וויפל קען איך פארנעמען?


איך שרייב די בריוו און איך וויין, ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אראפנעמען פון זיין טייערע צייט און מיר געבן אביסל חיזוק, ווייל איך קען נישט מער כאפן קלעפ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קלעפ? ווער כאפט קלעפ? פארוואס זאלט איר דאס אנקוקן ווי קלעפ? דער אייבערשטער איז אזוי גוט, ער מאכט נאר גוט, ער היט דעם מענטש פון אזויפיל שלעכטס, און אנשטאט מיר זאל אים דאנקען - קוקן מיר אויף די חסדים ווי דאס איז קלעפ?!


אז איר האט צוויי מאל פארלוירן אין איין צי - איז דאס קלעפ? דאס איז רחמים וחסדים; וואס ווייסן מיר קליינע מענטשעלעך דרכי המקום ברוך הוא? וואס ווייסט איר וואס מען היט אייך אפ פון הימל? עס איז אלעס רחמים וחסדים גדולים.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די שיינע שטוב וואס איר האט, און ווי מער איר וועט דאנקען - וועט קומען נאך און נאך חסדים


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - ווי אזוי קענען מיר זיך באדאנקען פאר די חיזוק אין די שווערע צייטן?
התחזקות, רפואה, קינדער, הכרת הטוב, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט מרת ... בשם מיין מאן שיחי'. פאר א יאר צוריק האבן מיר געשריבן א בריוו, אנגעזאפט מיט טרערן, וואס וועט זיין?! שוין אפאר חדשים פון די חתונה און עס הערט זיך נאך נישט קיין נייעס, דער ראש ישיבה האט אונז אזוי שיין מחזק געווען, געשטארקט אויף תפילה, צדקה און אמונה.


יעצט, יישר כח אייבערשטער, וויל איך מבשר זיין אז עס הערט זיך שוין א גוטע בשורה.


די בריוו פון דער ראש ישיבה ליגט אונטער מיין קישן, און די ווערטער "איר וועט נאך האבן א שיינע שטוב מיט קינדער", האבן מיר געגעבן די חיזוק אין די מינוטן וואס די אמונה האט זיך פארלאשן. יישר כח.


מיר בעטן כסדר אז דער אייבערשטער זאל געבן כח און געזונט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט. נישטא קיין ווערטער צו דאנקען.


יישר כח


משפחת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די ניסים און חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעטן אויף ווייטער, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ מער זעט מען ניסים אין לעבן.


יעצט אין די חדשים וואס מען ווארט אויף קינדער איז כדאי צו זאגן די נעמען פון די צדיקים. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט פאר אלע פרויען וואס ווארטן אויף קינדער, זאלן זאגן שמות הצדיקים. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; מען זאגט נעמען פון צדיקים וואס מען קען פון אויסנווייניג: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, נאכדעם בעט מען דעם אייבערשטן די תפילה אז בזכות די הייליגע צדיקים זאלן מען זוכה זיין צו האבן א געזונט קינד, אלעס זאל גיין גרינג און אין די ריכטיגע צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#53 - ווי אזוי שטארקט מען זיך ווען מען גייט אריבער שוועריקייטן?
התחזקות, אמונה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר שרייבט איר מיר עפעס חיזוק? ס'גייט איבער אויף מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש דערציילט (אשר בנחל, מכתב יד-תלז) עס איז געווען א צדיק וואס האט אסאך געליטן פון זיין ווייב און קינדער, און מען פלעגט שטענדיג הערן ווי דער צדיק זאגט צו זיך: "אזוי וויל דער אייבערשטער", "אזוי וויל דער אייבערשטער"; ער האט זיך גע'חזר'ט די אמונה ער זאל נישט מהרהר זיין אויפן אייבערשטן.


דאס איז די גרעסטע זאך; אפילו עס גייט אריבער שווערע ביטערע צייטן זאל מען נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, מען זאל געדענקען: "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא" (דברים לב, ד).


מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן נאר איין זאך, אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. מיר דארפן שטענדיג חזר'ן: 'מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, דער אייבערשטער פירט די וועלט, ער מאכט נאר גוט, ער מאכט נאר פאר אונזער טובה'.


נעם אריין אמונה אין דיר, וועסטו שפירן א רואיגקייט אין לעבן; אלעס וועט דיר גיין גרינגער. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה", ווער עס האט אמונה, "חַיָּיו חַיִּים", דער לעבט א לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", אלעס גייט גרינגער און עס איז אים שטענדיג גוט, "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל - "בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ", און אפילו ווען עס איז נישט אזוי, "דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר", ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, "וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם", און ער ליידט יסורים חס ושלום, "גַּם כֵּן טוֹב", איז אים אויך גוט,"כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן. ווייל אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס - איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר, "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה - דער האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים איבער עפעס שלעכטס - האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה - האט א שיינע זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#52 - ווי אזוי דערהאלט מען זיך ביז די שידוך קומט אן?
שידוכים, התחזקות, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קידוש לבנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער באזארגט, איך ווער שוין באלד צוואנציג יאר אלט און שידוכים האלטן אין איין אראפגיין פון טיש. עס איז מיר זייער שווער אנצוגיין אזוי. איך פיל צובראכן און אליינס, און בכלל וויל איך נישט אנקומען צו צוואנציג יאר פאר'ן חתונה האבן, איך קען עס נישט אויסהאלטן מער, די נסיונות צערייסן מיך, איך פאל א גאנצן צייט אין שמירת עיניים און אין שמירת הברית, איך בעט דעם באשעפער א גאנצן צייט אז איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און גארנישט קומט נישט, איך פרוביר צו זיין ערליך אבער עס איז זייער שווער.


אויב דער ראש ישיבה קען מיר געבן חיזוק אויף קדושה, און מתפלל זיין פאר מיר אז איך זאל שנעל טרעפן מיין שידוך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות, האלט זיך שטארק; עס איז דא פאר דיר א שידוך, מען דארף נאר ווארטן מיט געדולד ביז די ישועה קומט.


עס איז כדאי זאלסט זיך פארשאפן דעם ספר "מציאת הזיווג" פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, זאלסט טון די סגולות און זאגן די תפילות.


די ערשטע סגולה איז זאגן יעדן טאג קרבנות הנשיאים. דער רבי זאגט (ספר המידות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך, זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת מֹשֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, און נאכן זאגן די קרבנות, בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג; עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליין, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


זיי מקפיד אויף קידוש לבנה יעדן חודש. דער רבי זאגט (שם, סימן ב): "קִדּוּשׁ לְבָנָה סְגֻלָּה שֶׁיִּמְצָא אָדָם אֶת זִוּוּגוֹ", וועם עס איז שווער צו טרעפן זיין שידוך - זאל זאגן קידוש לבנה, און נאך קידוש לבנה זאלסטו בעטן א תפילה אויף דיין שפראך אז דו זאלסט זאל זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בזכות די מצוה פון קידוש לבנה.


דער עיקר בעט איך דיר זייער, שטארק זיך און ווער נישט צעבראכן ווען דו זעסט אז עס גייט אריבער נאך א טאג און נאך א טאג, און עס רוקט זיך גארנישט; דו טראכסט כל מיני מחשבות: 'וואס וועט זיין... אפשר וועל איך שוין אזוי בלייבן... ווער וועט מיך נעמען?' איך בעט דיר זייער, טראכט גוט און ווארט אויס פאר דיין ישועה. דו טו וואס דו האסט צו טון, פאלג דעם רבי'ן און זיי מקיים אלע עצות וואס ער זאגט, וועסטו בודאי געהאלפן ווערן בקרוב ממש.


דא האסטו א הארץ רייסנדע תפילה פון מוהרא"ש, איבער געזעצט אין אידיש. זאג דאס יעדן טאג, די תפילה שניידט אריין אין הארץ:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּנוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּנוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֵם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#51 - ווען מיינע עלטערן קריגן זיך, ווי אזוי דארף איך רעאגירן?
התחזקות, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, רפואה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די ערשטע זאך וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך וויל בעטן חיזוק, מיין מאמע איז נעבעך קראנק מיט די ביטערע מחלה, און מיין טאטע רייכערט דראגס, זיי קריגן זיך ארום א גאנצן טאג, און עס איז מיר זייער שווער דאס צוצוקוקן. זיי כאפן נישט ווי ווייט עס שאדט פאר מיר, ווייל איך ווייז עס נישט ארויס, אבער זייער אסאך מאל ביינאכט וויין איך אין בעט, עס איז מיר זייער שווער. אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה וואס צו טון און ווי אזוי צו רעאגירן אין אזא צייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ליבער הארציגער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך. בעט דעם אייבערשטן אז דיין מאמע זאל זיין געזונט, תפילה איז שטערקער פון טבע, אפילו עס איז שוין נאכן גזירה - קען מען מיט תפילה אויס'פועל'ן א רפואה.


ביים רבי'ן האט פאסירט א מעשה, אמאל איז געקומען רבי שמעון דעם רבינ'ס תלמיד - צום רבי'ן, ער האט געוויינט צום רבי'ן: "מיין קינד איז קראנק, דער רבי זאל אנוואונטשן דאס קינד זאל זיין געזונט און שטארק"; דער רבי האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט. רבי שמעון האט פרובירט בעטן נאכאמאל: "דער רבי זאל וואונטשן אז דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה", אבער דער רבי האט זיך ווייטער נישט וויסנדיג געמאכט. רבי שמעון איז אהיים זייער צעבראכן, ער האט געזאגט פאר זיין ווייב: "דער רבי האט מיר נישט געוואלט וואונטשן, דער רבי האט מיר נישט געענטפערט".


רבי שמעון'ס ווייב איז זייער דערשראקן געווארן, זי האט נישט געוואלט טראכטן פון אויפגעבן, זי איז געווען א צדיקת. זי האט גענומען דעם תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן, זי האט געוויינט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיין קינד זאל זיין געזונט, העלף דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה", זי איז געבליבן א גאנצע נאכט נעבן דעם קינד, געוויינט צום אייבערשטן א גאנצע נאכט.


אינדערפרי איז רבי שמעון געגאנגען דאווענען מיטן רבינ'ס מנין, דער רבי זאגט אים מיט א שמייכל: ,ווען דו ביסט געקומען בעטן א ברכה פארן קינד האב איך געזען עס איז נגזר געווארן א גזירה אז דאס קינד מוז שטארבן, דעריבער האב איך גארנישט געזאגט, אבער יעצט זע איך אז די גזירה איז איבערגעדרייט געווארן, דיין ווייב האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט אז דאס קינד זאל זיין געזונט און זי האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט לאנגע געזונטע יארן פארן קינד".


בעט דעם אייבערשטן פאר דיין מאמע זי זאל זיין געזונט און שטארק, און זיי מכבד דיין טאטע; עס איז נישט דיין געשעפט וואס דיין טאטע טוט, דו זיי שטארק ביי דיר מיט די מצוה פון כיבוד אב ואם דו זאלסט זיך נישט קריגן, נאר ביידע מכבד זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.