שאלה אין קורצן ענין
#6 - בדרך הטבע זעט נישט אויס אז איך וועל נאך א כלה ווערן
שידוכים, יבנאל, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל וואס ווארט אויף א שידוך, איך האב דריי געשוויסטער עלטער פון מיר, די עלטסטע איז שוין 27 יאר, און מיינע עלטערן ווילן נישט אויסלאזן די עלטערע און חתונה מאכן קודם די יונגערע, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן, אבער עס רוקט זיך גארנישט. איך בין זייער צעבראכן פון מיין מצב, ווייל בדרך הטבע זעט מיר אויס אז איך וועל קיינמאל נישט חתונה האבן, אויב מיינע עלטערן ווילן נישט אויסלאזן די עלטערע. און ווען איך הויב טראכטן די מחשבות ווער איך זייער דעפרעסט.


איך וואלט געפארן קיין יבנאל אויסצוזאגן תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע אז איך זאל געהאלפן ווערן, אבער מיין משפחה איז נישט ברסלב, און זיי זענען בכלל נישט צופרידן אז איך בין אנגעקומען קיין ברסלב.


ביטע געבט מיר אן עצה וואס צו טון, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


כאטשיג בדרך הטבע זעט אייך נישט אויס אז איר וועט אמאל קענען חתונה האבן, זאלט איר וויסן אז עס איז דא א זאך וואס איז העכער פון 'טבע', דאס איז 'תפילה' וואס איז העכער פון די טבע. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; עס איז נישט שייך צו זאגן: 'בדרך הטבע וועל איך קיינמאל נישט חתונה האבן' ווייל תפילה איז העכער פון די טבע. מיט תפילה וועט איר אויסבעטן פאר אייערע געשוויסטער און פאר אייך גוטע שידוכים.


די גאנצע זאך פון שידוכים איז א פארבארגענע זאך, דאס איז פארהוילן פון אלעמען און ליגט נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט; עס האט נישט צו טון צי די עלטערן ווילן יא צי נישט, עס האט נאר מיטן אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן.


וועגן פארן קיין יבניאל; רעדט שיין צו אייערע עלטערן, זאגט זיי: "טייערע טאטע, טייערע מאמע, איך האב אסאך חיזוק פון ברסלב און איך וויל זייער שטארק פארן קיין יבניאל צו מוהרא"ש'ס ציון אויסבעטן א שידוך"; אז איר וועט רעדן שיין וועט איר פועל'ן.


נעמט אן דעם כלל אין אייער לעבן: יעדע זאך קען מען פועל'ן אויב מען רעדט שיין, הארציג און ווייך. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", דער וואס רעדט שיינע רייד נעמט אוועק כעס; אז מען רעדט שיינע ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, פועל'ט מען ביים סוף.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע פון אייך זאלן בקרוב טרעפן אייערע שידוכים.

#5 - ווי אזוי קען א מיידל ארויסקריכן פון איר שווערע עבר?
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, איך הער די שיעורים יעדן טאג, און דאס איז וואס מאכט מיר פאר א איד.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איר זאגט כסדר אז ווען מען לערנט תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, נעמט דאס ארויס דעם מענטש פון אלע זיינע שלעכטע זאכן וואס ער האט געטון אין די פארגאנגענהייט, און ס'בויעט אים אויף צו זיין א מענטש און א איד ווי עס דארף צו זיין.


וויל איך וויסן ווי אזוי א מיידל קען זוכה זיין צו דעם, זי קען דאך נישט לערנען תורה. איך פרוביר צו ענדיגן יעדע וואך גאנץ תהלים, ווייל איך האב געהערט אויף די שיעורים אז דאס קען העלפן פאר א מיידל, אבער איך זע נישט אז ס'זאל מיר העלפן אינגאנצן ארויסקריכן פון מיין שווערע פארגאנגענהייט. גלייכצייטיג רעד איך צום אייבערשטן יעדן טאג, און איך זע אויך נישט אז איך זאל אינגאנצן געהאלפן ווערן דורך דעם, וואס איז יא די עצה פאר מיר געהאלפן צו ווערן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעדע איד קען תשובה טון און אנהייבן א נייעם בלעטל אין לעבן; נישט קיין חילוק וואס מען האט געטון אינעם עבר קען מען אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן.


וואס טוט דער יצר הרע אז מענטשן זאלן זיך נישט צוריק קערן צום אייבערשטן? ער קומט צום מענטש מיט זיין עבר און האקט אים אין קאפ: "דו ביסט ממילא גארנישט"; "דו האסט געטון דאס און דאס"; ביז דער מענטש ווערט אזוי צעבראכן אז ער קערט זיך צוריק צו זיינע שלעכטע מעשים. דערפאר ווען א מענטש וויל זיך אומקערן צום אייבערשטן דארף מען אסאך חיזוק נישט אויפצוגעבן.


מען טאר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל אויפן פארגאנגענהייט נאר שטענדיג פארגעסן וואס איז געווען און אנהייבן פון פריש; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי.


וואויל איז אייך אז איר האט אפגעלאזט אלע אייערע שלעכטע מעשים און איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב עס איז אויבן אין הימל ווען מען טוט תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביזן כסא הכבוד; אין איין סעקונדע קען מען אנקומען פון שאול תחתית, פון די ווייטסטע פלאץ - ביזן אייבערשטן אליינס, דורך דעם וואס מען זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים; איך גיי מער נישט טון די שלעכטע זאכן, איך הייב אן פונדאסניי"; מען נעמט אוועק פון זיך אלע עונשים און אלע עבירות ווערן אויסגעמעקט.


שטארקט אייך ווייטער מיטן זאגן תהילים; ביי אונז אין סקול זאגן אלע מיידלעך דעם 'יום תהילים' יעדן טאג. תהילים איז מסוגל לתשובה, עס ברענגט צוריק צום אייבערשטן, אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים, אויך ליגט אין תהילים אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו תשובה שלימה.

#4 - איך וויל אויפהערן זיך צו שרייבן מיט בחורים
שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חיזוק וואס איך הער פון אייך. איך בין א מיידל און איך האב געהאט א פעיסבוק אקאונט פאר עטליכע חדשים, און ליידער האב איך זיך דארט געשריבן מיט בחורים. איינער האט מיר שטארק מעורר געווען אז איך זאל פארמאכן די אקאונט, און ב"ה אז איך האב עס שוין פארמאכט.


דער פראבלעם איז אבער אז איינער פון די בחורים האט באקומען מיין נומער, און מיר שרייבן זיך נאכאלץ אויף וואטסעפפ. איך האב אים שוין פרובירט צו פארשיקן און ס'איז נישט געגאנגען, און בכלל איז מיר זייער שווער אפצוהאקן מיט אים ווייל ער וועט ווערן זייער צעבראכן דערפון.


איך האלט אז איך בין אן ערליכע מיידל, און איך וויל האבן אן ערליכן מאן, איך ווייס אבער אז דאס גייט נישט צוזאמען מיט וואס איך טו יעצט. אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה וואס צו טון?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט תשובה געטון און אפגעהאקט אלע קשרים מיט פרעמדע בחורים; אין הימל איז זייער חשוב איינער וואס טוט תשובה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הֵיכִי דָּמִי בַּעַל תְּשׁוּבָה", וואס הייסט תשובה? "אָמַר רַב יְהוּדָה, כְּגוֹן שֶׁבָּאָת לְיָדוֹ דְּבַר עֲבֵירָה פַּעַם רִאשׁוֹנָה וּשְׁנִיָּה, וְנִיצַל הֵימֶנָּה", אז עס קומט אים נאכאמאל אונטער צו טון די עבירה און ער טוט עס נישט, דער איז א בעל תשובה.


לאזט אפ אלע וואס שרייבן אייך וכו'; איר דארפט אליינס פארשטיין אז אויב איר שרייבט זיך מיט פרעמדע בחורים וכו', וועט איר באקומען א בחור וואס שרייבט זיך מיט פרעמדע מיידלעך - וואס דאס ווילט איר אודאי נישט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער מאכט שידוכים לויט ווי אזוי דער מענטש איז, ווייל (מכות י:): "בַּדֶּרֶךְ שֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵילֵךְ בָּהּ מוֹלִיכִין אוֹתוֹ", אויף דעם וועג וואס א מענטש וויל גיין, אויף דעם וועג פירט מען אים.


אז איר ווילט טאקע אויפשטעלן אן ערליכער שטוב אזוי ווי איר שרייבט, דארפט איר תשובה טון און אויפהערן מכשיל זיין בחורים. עס איז זייער א גרויסע עבירה זיך צו שרייבן מיט בחורים און מען באצאלט א טייערע פרייז אויף דעם; דער אייבערשטער איז שונא זימה און אויב טוט מען נישט תשובה באקומט מען אן עונש.


אנשטאט זיך צו שרייבן אויף 'סאשעל מידיע' נעמט א תהילים און זאגט אביסל תהילים יעדן טאג, וועט איר זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.

#3 - מוותר זיין אויף די פורים סעודה פאר כיבוד אב ואם?
חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די אלע שיעורים און בריוו וואס זענען מיר זייער מחזק אלעמאל.


איך בין א מיידל, און איך בין א לערערין, און איך האב צוגעגרייט א שיינע פורים מסיבה פאר די תלמידות. למעשה אבער ווען עס איז געקומען צו די מסיבה האט איך נישט געקענט אהינגיין מיטהאלטן, ווייל מיין מאמע האט מיר געבעטן צו בלייבן אינדערהיים אכטונג צו געבן אויף די קינדער. מיינע עלטערן האבן געדארפט אוועקגיין און מיינע געשוויסטער האבן זיך אלע ארויסגעדרייט, און למעשה האב נאר איך מסכים געווען צו בלייבן אכטונג געבן אויף די קינדער, ווייל איך האב געהערט פון אייך אזויפיל איבער די גרויסקייט פון כיבוד אב ואם, דאס האט מיר אבער זייער צעבראכן, ווייל איך האב אזוי שווער געארבעט אנצוגרייטן די מסיבה, און נאכדעם האב איך אליין עס נישט געקענט מיטהאלטן.


ווי אזוי קען מען זיך שטארקן צו בלייבן פרייליך אין אזא צייט?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר זענט נזהר אין די מצוה פון כיבוד אב ואם; וויפיל מען זאל נאר טון פאר עלטערן איז מען קיינמאל נישט יוצא די מצוה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּרוֹתֵיהֶם בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לוֹ לָעוֹלָם הַבָּא, וְאֵלּוּ הֵן: כִּבּוּד אָב וָאֵם"; דער אייבערשטער באצאלט פאר כיבוד אב ואם שכר נאך אויף דער וועלט.


איך בין מקנא אייער זכות, אז איר האט געהאט די שטארקייט צו מוותר זיין אויף די פורים מסיבה כדי צו בלייבן אין שטוב העלפן אייערע עלטערן. דער אייבערשטער וועט אייך בענטשן מיט נחת ביי אייערע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "בַּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך, אזוי פירט זיך דער אייבערשטער צוריק צום מענטש, און נאך פיל מער ביי א גוטע זאך.


ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט וואס דער רבי לערנט אונז, וואלטן אלע געברענגט זייער קינדער צום רבי'ן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען קסרין און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר". מען זעט בחוש וואס דער רבי געבט פאר א מענטש; דער רבי געבט שכל און דער רבי לערנט מיט אונז אז מיר זאלן זיך פירן מיט מידות טובות. פון אייער מעשה אליינס קענט איר זען וואס ברסלב איז; אלע אייערע געשוויסטער האבן זיך ארויסגעדרייט פון צו דארפן העלפן וכו', נאר איר וואס איר הערט די חיזוק און די שכל פון רבי'ן, האט איר מוותר געווען אויף אלעס אבי צו העלפן אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי רעאגיר איך ווען כ'האב איינעם געכאפט מיט חילול שבת?
שבת קודש, חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די שעורים און חיזוק.


איך האב דרינגענד גאר א וויכטיגע שאלה. איך בין א מיידל און איך לערן אין א סעמינאר. דעם שבת האט א מיידל מיר געבעטן אז איך זאל איר אויפוועקן שבת אינדערפרי. איך ווען איך בין אריינגעקומען אין איר צימער שבת צופרי האב איך געזען ווי זי שלאפט אין איר בעט מיט עיר-פאונס אין איר אויער!


איך בין געווארן אויפגעשוידערט, אבער איך האב פרובירט זיך איינצוהאלטן. און ווי נאר זי האט זיך אויפגעוועקט און מיך דערזען, האט זי זיך שנעל באדעקט די אויער מיט די דאכענע און ארויסגענומען די עיר-פאונס.


וויפיל איך ווייס איז זי אן ערליכע און גוטע מיידל, און דערפאר האב איך שטארק פרובירט איר דן צו זיין לכף זכות, און אפשר איז עס נישט געווען קיין חילול שבת ווי ס'האט אויסגעזען. די פראבלעם איז אז אויב ס'איז דאך יא חילול שבת, וואס דארף איך טון? קען איך איר דען צולאזן אז דאס זאל אנהאלטן אפילו פאר נאך איין שבת?!


וואס קען איך אבער באמת טון צו דעם? וואס דארף איך איר זאגן? איך ווייס אויך נישט צי איך בין דער פאסיגסטער מענטש איר עפעס צו זאגן דערוועגן, ווייל איך בין נישט זייער נאנט מיט איר. אבער קיינער אנדערש ווייסט נישט פון דעם, און וועמען קען איך דערציילן אזא זאך? וועמען קען איך געטרויען און דערציילן פון דעם, אן דעם וואס עס זאל בלייבן פאר די מיידל אן אייביגער שלעכטער פלעק? ווייל איך ווייס אז באמת איז זי א גוטע מיידל.


איך וואלט עס זייער געשעצט אויב דער ראש ישיבה וואלט מיר געקענט ענטפערן נאך פאר דעם קומענדיגע שבת.


א גרויסן יישר כח!

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איז די מיידל טאקע אזוי ווי איר זאגט, א וואוילע מיידל; דעמאלט זאלט איר איר נישט פארשעמען און איר זאלט דאס פאר קיינעם נישט דערציילן.


איר זאלט איר מחזק זיין זי זאל היטן שבת; ווען א מענטש איז זוכה און ער האלט שבת, ער איז נישט מחלל דעם שבת, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתוֹ - אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ, מוֹחֲלִין לוֹ", ווען א מענטש היט אפ דעם שבת איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; עס איז נישט דא קיין שענערע זאך ווי שבת, שבת איז די שענסטע מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת י:): "אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְמֹשֶׁה, מַתָּנָה טוֹבָה יֵּשׁ לִי בְּבֵית גְּנָזֵי וְשַׁבָּת שְׁמָהּ, וַאֲנִי מְבַקֵּשׁ לִיתְּנָהּ לְיִשְׂרָאֵל, לֵךְ וְהוֹדִיעָם", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, איך האב א גוטע מתנה איך וויל עס געבן פאר די אידישע קינדער, גיי זאג זיי פון די שיינע מתנה.


ווען מען וויל מחזק זיין א צווייטן איד, דארף מען דער עיקר רעדן דיבורי אמונה, ווייל אז מען האט אמונה האט מען אלעס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "דְדָּא בֵּיהּ כּוּלָא בֵּיהּ, דְּלֹא דָא בֵּיהּ מַּה בֵּיהּ", אויב האט מען אמונה האט מען אלעס און אז מען האט נישט קיין אמונה האט מען גארנישט; דאס וואס מען זעט אז מענטשן פאלן נעבעך אראפ אין עבירות דאס איז ווייל עס איז ביי זיי אויסגעלאשן די אמונה, אבער אז מען גלייבט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז איבעראל, דעמאלט איז נישט שייך מען זאל זיך באהאלטן צו טון שלעכטע זאכן.


איינמאל מען לעבט מיט אמונה איז דער מענטש א גליקליכער מענטש, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות אמונה, סימן לג): "עַל-יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", ווען א מענטש האט אמונה און ער גלייבט אינעם אייבערשטן, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; און ער וועט לכתחלה נישט אראפפאלן אין עבירות, ווייל ער לעבט מיט אמונה, ער לעבט מיט די מחשבה אז דער אייבערשטער איז מיט אים. דערפאר האט זיך דער רבי זייער פארלייגט אויף אמונה, אזוי ווי ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה".


פון ווען דער רבי האט זיך אריין געצויגן קיין אומאן, האט דער רבי געהאלטן אין איין רעדן נאר פון אמונה; ווייל ווען א מענטש האט אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און קיין שום זאך פירט זיך נישט אליין, נאר דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, איז אים אלעס פיין און אלעס גוט.


אויב די מיידל איז פארדארבן, דאס הייסט זי רעדט אנקעגן די אמונה, זי רעדט ליצנות ווערטער אויף די תורה און אויף צדיקים - דארף מען אנטלויפן פון אזא איינעם, ווייל א חבר האט זייער א שטארקע השפעה אויפן מענטש און מען קען זייער גרינג נאכגעשלעפט ווערן חס ושלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1 - מ'טשעפעט מיר, און איך האב פחדים פון פייער
חיזוק פאר מיידלעך, פחדים, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס אסאך מאל זענען דא מיידלעך אין מיין קלאס וואס טשעפען מיר און ווילן נישט שפילן מיט מיר, ווי אזוי קען איך מאכן אז יעדער זאל וועלן שפילן מיט מיר?


אויך האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב אסאך פחדים פון פייער, איך האב זייער מורא פון פייער. מיין מאמע זאגט מיר אז איך זאל פרובירן צו פארגעסן דערפון, אבער ס'איז מיר זייער שווער צו פארגעסן דערפון.


יישר כח פאר'ן נעמען די צייט מיר צו ענטפערן.


א מיידל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר זאגט אז מיידלעך טשעפענען אייך; וויסן זאלט איר אז דאס לעבן איז ווי א שפיגל. ווען מען שמייכלט, וואס זעט מען אין שפיגל? א שמייכל; אז איר וועט קיינעם נישט טשעפענען וועט אייך אויך קיינער נישט טשעפענען. אז איר וועט זיין פרייליך, איר וועט א גאנצן טאג טאנצן און זינגען, וועט יעדער איינער וועלן זיין אייער חבר'טע.


דאס וואס איר שרייבט אז איר האט פחדים פון פייער; זייער אסאך מענטשן האבן די סארט פחדים, בפרט קינדער האבן זייער אסאך מאל מורא פון פייער וכדומה. דער יצר הרע ווארפט אן פחדים אויף מענטשן, ווייל אזוי וויל ער צעברעכן דעם מענטש. מיר זינגען פורים: "אֲרוּרָה זֶרֶשׁ אֵשֶׁת מַפְחִידִי", פארשאלטן זאל זיין זרש די ווייב פון המן וואס ער ווארפט פחדים אויף מענטשן; דאס איז די טריק פונעם יצר הרע, ער ווארפט אריין דעם מענטש אין פחדים ביז ער מאכט אז דער מענטש זאל ווערן א דיפרעסטער מענטש. אבער א מענטש וואס לעבט מיטן אייבערשטן, אים קען מען נישט אריין ווארפן אין פחדים, ווייל ער ווייסט אז עס קען גארנישט פאסירן קיין שלעכטס, נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אז איר זאלט נישט האבן קיין פחדים, וועט איר זען אז איר וועט מער נישט מורא האבן. דער רבי האט אסאך סגולות אויף פחדים; זעט צו לערנען אין ספר המידות אות פחד און פראבירט צו פאלגן אלעס וואס שטייט דארט. איך שרייב אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן.


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן פון קיינעם, העלף מיר איך זאל גלייבן אז דו האסט אלעס באשאפן און דו פירסט די גאנצע וועלט. באשעפער, איך האב זייער שרעקעדיגע מחשבות פון פייער, איך ציטער אזוי שטארק פון פייער אז איך קען נישט איינשלאפן ביינאכט פון שרעק; העלף מיר אייבערשטער אז די פחדים זאלן אוועק גיין פון מיר. יוֹדֵעַ מַחְשָׁבוֹת הוֹשִׁיעָה נָא, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל אייביג טאנצן און זינגען, איך זאל זיין אזוי פרייליך אז יעדער וואס וועט שטיין נעבן מיר וועט אויך פרייליך ווערן, העלף מיר אייבערשטער בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, זכותם יגן עלינו, אמן".