שאלה אין קורצן ענין
#8 - איך בין א מלמד אין אן אנדערע מוסד, מעג איך רעדן אסאך פונעם אייבערשטן?
חינוך הילדים, אמונה, פחדים, מלמדים, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' געווארן א מלמד פאר דריי יעריגע קינדער, האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן.


איך פיל ווי איך וויל א גאנצן צייט נאר רעדן צו די קינדער פונעם אייבערשטן, מעשיות פון תפילה, מעשיות פון צדיקים; איך האב אבער מורא אז אויב גייט איך רעדן צו סאך, וועלן מענטשן ווערן זייער אויפגערעגט אויף מיר, מען וועט מיר חושד זיין אז איך וויל דא פארקויפן ברסלב פאר די קינדער. אויך מיין ווייב האט מיר געווארנט אז איך זאל נישט איבערציען די שטריק, ווייל מ'וועט מיר ארויסווארפן ווייל איך רעד פון ברסלב.


האב איך געוואלט פרעגן אויב איך זאל טאקע אכטונג געבן נישט צו רעדן צו סאך צו די קינדער פונעם אייבערשטן אדער נישט? און אויב יא, וואס איז די גדר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקות של בית רבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש איכה, פתיחתא ב): "מָאן אִינוּן נְטוּרֵי קַרְתָּא", ווער זענען די וואס היטן אפ די שטאט פון שלעכטס? "אֵלּוּ סוֹפְרִים, וּמְשַׁנִּים, שֶׁהֵם הוֹגִים וּמְשַׁנִּים וּמְשַׁמְרִין אֶת הַתּוֹרָה בַּיוֹם וּבַלַּיְלָה", די מלמדים וואס לערנען תורה מיט קינדער, זיי היטן אפ די שטאט פון אלעם שלעכטס.


א שאד אז מלמדים זענען אזוי צעקלאפט ביי זיך, זיי זענען זיך אליינס נישט מחשיב; די וועלט שטייט דאך אויף די מלמדים וואס לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן! די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיט:): "אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל תינוקות של בית רבן", די וועלט שטייט אויף די תורה פון די קינדער, האט דער הייליגער רב פפא געפרעגט דעם הייליגן אמורא אביי, די וועלט שטייט נישט אויף אונזער תורה?! "דידי ודידך מאי", וואס איז מיט אונזער תורה און דיין תורה? זאגט אים אביי: "אינו דומה הבל שיש בו חטא להבל שאין בו חטא", עס איז נישט קיין פארגלייך תורה פון קינדער וואס ווייסן נאכנישט פון קיין עבירות; דאס איז אלעס אויפ'ן חשבון פונעם מלמד וואס זיצט מיט קינדער און לערנט, דאווענט און לייגט אריין אמונה אין זיי.


לייג אריין אין די קינדער אמונה פשוטה, רעד צו זיי פון גלייבן אינעם אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן און דאנקען דעם אייבערשטן - אן קיין גדר; האב נישט מורא פון קיינעם, דו רעד צו זיי פון אייבערשטן, דארפסט נישט רעדן צו זיי פון ברסלב, אבער פון אמונה זאלסטו רעדן אן קיין שום פחד.


א פרייליכן שבת.


 

#7 - מעג מען זיך נאריש מאכן ביים לערנען עברי מיט קינדער?
חינוך הילדים, צדיקים, מלמדים, עברי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א קליינע שאלה; איך בין אן עברי מלמד, און ווען מען לערנט א-ב און נקודות מיט קינדער, מאכט מען זיך נאריש מיט כל מיני קינדערישע סימנים, קינדערישע וויצן, און דאס גלייכן, אז די קינדער זאלן ליב האבן און געדענקען די אותיות און נקודות.


איך פיר זיך אז ווען איך ענדיג די צורות פון די נקודות כסדרן, זינג איך ווייטער מיט די נקודות ניגון, "א פינטל אינמיטן, איז א מלאפום", אזוי גייט אריין אין קאפ א סימן אויף די מלאפום. אבער אסאך מאל מאכט איך זיך נאריש און ווען איך זינג מיט די קינדער מאך איך בדוקא א טעות און איך זינג "א 'פימפל' אינמיטן, איז א מלאפום", און די קינדער לאכן. נאכדעם זאג אז ניין, ס'איז א טעות, מען דארף זאגן פינטל און נישט פימפל; איז דאס אויסגעהאלטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לאזט זיך אזוי אראפ צו די קינדער, דו מאכסט זיי אזוי אינטערעסאנט - זיי זאלן ליב האבן די א-ב, זיי זאלן ליב האבן צו לערנען.


ווען מוהרא"ש פלעגט רעדן פון א צדיק ווי ער לאזט זיך אזוי אראפ צו זיינע תלמידים, פלעגט מוהרא"ש אלץ געבן די משל פון א גוטער מלמד. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "א גוטער מלמד איז דער וואס לאזט זיך אראפ צו די קינדער, ער זיצט מיט די קינדער אויפ'ן ערד, ער מאכט מיט די שפילצייג אן אות אלף, אזוי גייט עס אריין אין די מח פון די קינדער. ווען מענטשן זעען דאס, זיי קוקן אריין אין פענסטער פון די כיתה און זעען ווי דער מלמד שפילט זיך אויף דער ערד, פרעגן זיי: 'וואס גייט פאר? דער איז א נארמאלער מלמד? ער שפילט מיט די קינדער?' דער מנהל ענטפערט זיי: 'ווארט, וועט איר אליינס זען, אייער קינד וועט אהיים קומען און וועט קענען די א-ב', - דעמאלט זעט מען אז דאס איז א גוטער מלמד, ער לאזט זיך אזוי אראפ צו די קינדער ביז זיי כאפן אויף גוט דעם לימוד. אזוי איז א צדיק, עס זעט אויס ווי ער איז נאריש, ער רעדט, ער שמועסט, ער לאכט, ער לאזט זיך אראפ צו די תלמידים, אבער שפעטער ווען די תלמידים גייען אהיים, זיי הויבן אן רעדן צום אייבערשטן, זיי הויבן אן לעבן מיט אמונה - דאס איז אלעס דער כח פונעם צדיק".


מוהרא"ש פלעגט אלץ מחזק זיין מלמדים מיט דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הויבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס לאזט זיך אראפ צו די קינדער זיי זאלן קענען לערנען.


פינטל, פימפל, סימפל און דימפל, - נישט קיין חילוק וואס דו זאגסט, דער עיקר די קינדער זאלן גוט אויפכאפן די הייליגע א-ב, זיי זאלן קענען גוט ליינען, אויסוואקסן גרויסע צדיקים וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6 - קען א מלמד אויך אנקומען צו לערנען שיעורים כסדרן?
מוהרא"ש, ראש ישיבה, מלמדים, היטן די צייט, סדר דרך הלימוד, שיעורים כסדרן, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע עצות וואס איז מיין לעבן. דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת האב איך געלערנט בערך 70 פרקים משניות, אויך האב איך געלערנט איין טאג די וואך פערצן בלאט גמרא, איך האב זיך מחיה געווען.


איך בין אבער א מלמד, און איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר א מלמד, "לייג אוועק אלעס, לאז אפ דיינע שיעורים, יעצט נעם מלומדות פאר דיין עבודת השם". וויל איך פרעגן אויב איך זאל טאקע אפלאזן מיינע שיעורים כסדרן, אדער אויב ס'שטערט נישט די מלומדות איז עס נישט קיין פראבלעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען טון ביידע, עס איז דא צייט פאר אלעס; אז מען היט די צייט, מען לעבט מיט א סדר - קען מען אנקומען זייער אסאך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נה): "רֶוַח הָעוֹלָם הַזֶּה אֵין לְשַׁעֵר", מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס מען קען אלץ פארדינען בזה העולם.


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון מלמדות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", א מלמד וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט, אזוי ווי עס איז נישט מעגליך אפצוציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט אפציילן די גרויסע זכותים וואס א מלמד האט.


ווען עס קומט צו טון פאר די קינדער, אפגערעדט די צייט פון חדר, די צייט וואס מען דארף זיין מיט די קינדער - דעמאלט איז זיכער אז מען דארף אלעס לייגן אין דער זייט און נאר זיין פארנומען מיט די קינדער. אזוי אויך זייטיגע צייטן, אויב איז דא, דעמאלט צו טון פאר די קינדער; מען קען זיך אנגרייטן די לימודים פאר די קומענדיגע טעג, אדער מאכן אינטערעסאנטע פראגראמען וכו' וכו', - זאלסטו אלעס לייגן אין דער זייט, דאס מיין איך אינעם בריוו: "לייג אוועק אלעס, לאז אפ דיינע שיעורים, יעצט נעם מלומדות פאר דיין עבודת השם", און אין די איבריגע צייט - דעמאלט קען מען לערנען שיעורים כסדרן.


איך בין אמאל געווען ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו מיט נאך איינעם, יענער האט געבעטן מוהרא"ש זאל מיר הייסן אויפהערן לערנען מיינע שיעורים, יענער האט געזאגט בפני: "מוהרא"ש זאל זאגן פאר יואל זאל נאר מחזק זיין בחורים, יואל טאר נישט לערנען, זיין לערנען איז אן עבירה, ענדערש זאל ער רעדן מיט נאך א בחור און נאך א בחור"; די מעשה איז געווען אז איך האב דעמאלט געלערנט זייער אסאך, און דער אינגערמאן נרו יאיר האט מיר כסדר געזאגט אז איך טאר נישט לערנען, איך דארף נאר רעדן מיט בחורים, זיי מחזק זיין, און איך האב אים געזאגט: "איך פארשטיי אז איך דארף אויך לערנען; אויב מוהרא"ש וועט מיר זאגן אנדערש - וועל איך פאלגן"; מוהרא"ש קוקט אויף אונז און זאגט אונז מיט א שמייכל: "עס איז דא צייט פאר ביידע, עס איז דא צייט צו מחזק זיין בחורים, און צייט פאר לערנען תורה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - אויף וועלכע וועג זאל איך אנהויבן יעצט לערנען גמרא?
לימוד התורה, סיום הש"ס, מלמדים, היטן די צייט, קנאה, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אויך דאס יאר בין איך זוכה צוצוגיין צום שמחת תורה מיט אסאך שיינע סיומים וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען אין לויף פון דעם פארגאנגענעם יאר, איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער איך קוק זיך צו מיט קנאה צו אנדערע תלמידים וואס זענען זוכה צו לערנען און מסיים זיין פיל מער פון מיר, איך בין אבער א פארנומענער מענטש, איך בין א מלמד און איך לערן מיט די קינדער א גאנצן טאג, און איך קום אן נאר וויפיל איך קום אן.


אזוי ווי דעם קומענדיגן שמחת תורה הויבט זיך ביי מיר אן די פרישע יאר פון לימודים און שיעורים, און איך האב שוין זוכה געווען ברוך ה' מסיים צו זיין איינמאל ש"ס, וויל איך פרעגן אויב איך זאל נאכאמאל אנהויבן ש"ס כסדרן א בלאט נאך א בלאט, אדער זאל איך ענדערש נעמען איין מסכתא און עס איבערגיין 101 מאל?


איך מוז זיך נאכאמאל באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה, איך בין אריבער און איך גיי נאכאלץ אריבער פילע שוועריקייטן און עגמת נפש אין לעבן, און נאר אין זכות פון די שיעורים און חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א קען איך זיך שטארקן און ווייטער אנגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק נישט אויף אנדערע, זיי נישט מקנא אנדערע; מוהרא"ש זאגט, עס שטייט נישט קנאת סופרים תרבה 'סופרים' נאר (בבא בתרא כא.): "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה 'חָכְמָה'"; אז מען זעט אן ערליכער איד ווי ער איז פלייסיג אין זיין זאך - תרבה חכמה, נישט יענעם נאכמאכן, נאר תרבה חכמה; עס דארף מיר געבן א שטופ איך זאל באקומען א פרישקייט צו דינען דעם אייבערשטן אין מיין נקודה.


בנוגע דיין שאלה, אדער אנהייבן לערנען נאכאמאל ש"ס כסדרן און ענדיגן א צווייטע מאל אדער נעמען איין מסכתא און דאס איבער חזר'ן הונדערט און איין מאל; טו ביידע, האב א שיעור אין ש"ס כסדרן און אויך נעם א מסכתא און גיי דאס איבער מאה פעמים ואחד, וועסט זען אז עס איז דא צייטן וואס דאס ציט מער און צייטן וואס די אנדערע וועג ציט מער; א מענטש דארף האבן אלע וועגן אין לערנען אז אין יעדע צייט און אין יעדע מצב זאל ער האבן א וועג ווי אזוי צו לערנען.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, לערנען מיט קינדער; היינטיגע צייטן איז דאס די גרעסטע עבודה וואס איז נאר שייך, נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי לערנען מיט קינדער און אריינשיינען אין זיי א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א חתימה טובה.

#4 - ווי אזוי שפירט מען דעם געשמאק פון זיין א איד?
חינוך הילדים, שמחה, עבודת השם, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די שיעורים מאכן מיר ליכטיג מיין לעבן, איך בין ברוך ה' ממשיך זיך מחזק צו זיין מיטן רבינ'ס עצות.


עס קומט מיר צומאל אריין א קנאה צו די פרייע וואס זענען ווייט פון אידישקייט, אזוי ווי זיי זענען גארנישט מחיוב צו טון, און אלעס איז גוט; און איך, נאר ווייל איך בין געבוירן אין אן ערליכע שטוב, מוז איך האלטן אלע מצוות פון תורה, איך שפיר נישט אזוי דעם "אשרינו מה טוב חלקינו". וואס טוט מען מיט די סארט געפילן?


אויך האב איך געוואלט פרעגן וועגן מיין מלומדות, פון ווען איך האב באקומען די בריוו ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די קינדער אין קלאס, און איך האב אנגעהויבן פרובירן עס מקיים צו זיין, איז דער מצב געווארן פיל בעסער, פון דעסט וועגן דארף איך אבער נאך אסאך חיזוק ליב צו האבן די תלמידים, האבן סבלנות און געדולד צו זיין, ספעציעל אז באלד הויבט מען שוין דעם נייעם זמן, און איך וויל אנהויבן מיט'ן רעכטן פוס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל, איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר; ווי קענסטו זיין א מלמד פאר קינדער ווען דו אליינס דארפסט צוריקגיין אין חדר לערנען וואס איז א איד, וואס איז תורה, וואס איז מצוות; ווי קען מען זיין א מלמד ווען מען ווייסט נישט דאס זיסקייט פון זיין א איד, דאס זיסקייט פון טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן?!


ווען מען זעט אידישע קינדער זענען נעבעך ווייט פון אידישקייט, וואס איז שייך מקנא צו זיין? אז זייערע רמ"ח אברים און שס"ה גידים זענען צעבראכן? וואס איז דא קנאה אז זיי זענען ווייט פונעם אייבערשטן? זיי טוען וואס זיי ווילן?!


אז דו ביסט א מלמד, דו ביסט צוגעוואוינט זיך אראפצולאזן צו די קינדער און זיי גוט פארשטיין געבן, וועל איך דיר ענטעפרן די פראגע אזוי ווי מען ענטפערט פאר קינדער, א גוטער מלמד לאזט זיך אראפ צו די קינדער, ער ענטפערט זייערע שאלות שיין, קלאר און געלאסן.


ויהי היום, דער מלמד קומט אריין אין כתה און זאגט פאר זיינע תלמידים: "איך צייל ביז דריי, איך וויל זען ווי אלע קינדער קומען דא אהער, איינס, צוויי, דריי!" אלע קינדער קומען צו לויפן, אלע ווילן אריינגיין אין די גורל, אלע ווילן באקומען די פרסים, ביי דריי שטייען זיי שוין גרייט, אבער איין קינד קומט נישט, נעבעך, ער קען נישט גיין, ער האט נישט קיין פיס, ער האט געהאט א שווערע מחלה, מען האט אים לא עלינו אראפגענומען די פיס; ער זיצט אין די זייט אין א וועגעלע, ער איז אנדערש פון אלע קינדער. מיט אים פירט זיך דער מלמד גאר אנדערש, ער גייט אריין אין די גורל אפילו ער קומט נישט, ווען אלע קינדער דארפן רוימען די כתה בלייבט ער אויף זיין פלאץ, ער דארף נישט רוימען, ער ווערט באלוינט אפילו ער העלפט נישט רייניגן; ער קען נעבעך נישט העלפן, ער איז א קאליקער לא עלינו.


דער מלמד פרעגט: "קינדער, איר זענט מקנא דעם קינד?" אלע קינדער זאגן אז זיי זענען נישט מקנא דעם קינד. דער מלמד פרעגט ווייטער: "איך וויל אייך פרעגן, פארוואס זענט איר נישט מקנא דעם קינד?! ער דארף נישט פאלגן און ער גייט אלץ אריין אינעם גורל אפילו ער איז נישט אין צייט, אפילו ער העלפט נישט רוימען, פארוואס זענט איר אים נישט מקנא?! קינדער, איר ווייסט אז די שטאט צאלט געלט פאר די אלע מענטשן, זיי דארפן נישט ארבעטן, זיי באקומען אלעס אומזיסט, איר זענט זיי נאכאלץ נישט מקנא? די מענטשן קענען שטעלן זייער קאר אין פלעצער וואו אנדערע קענען נישט, זיי האבן אסאך בענעפיטן, איר זענט נאך אלץ נישט מקנא?!"


די קינדער פארשטייען נישט די קשיא, וואס איז שייך צו מקנא זיין א מענטש אן פיס? וואס איז שייך צו מקנא זיין א מענטש וואס איז נישט געזונט? ווער איז אינטערעסירט אין געלט אדער אין קענען שטעלן א קאר דא און דארט, ווער דארף דאס?! די קינדער שרייען אויס: "יישר כח אייבערשטער מיר זענען געזונט!" זיי שרייען אויס א תפילה צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף אלע קראנקע! אלע זאלן זיין געזונט ברמ"ח אברים ושס"ה גידים!" די קינדער קוקן אויפ'ן קינד מיט רחמנות, זיי האלטן זיך איין פון וויינען פאר זיי, איין קינד קען נישט איינהאלטן זיינע טרערן, ער גייט אין די זייט און פלאצט אויס אין א געוויין פאר זיין חבר וואס האט נישט קיין פיס; א צווייטער קינד שטיקט זיך מיט טרערן.


ווען מען זעט אידישע קינדער זענען ווייט פון דרך התורה, איז דאס די גרעסטע רחמנות אויף די וועלט. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ז): "כִּי עִקָּר הָרַחֲמָנוּת הוּא כְּשֶׁיִּשְֹרָאֵל עַם קָדוֹשׁ נוֹפְלִין, חַס וְשָׁלוֹם, בַּעֲווֹנוֹת, רַחֲמָנָא לִצְלָן", דער עיקר רחמנות איז ווען אידישע קינדער פאלן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן, "כִּי זֶהוּ הָרַחֲמָנוּת הַגָּדוֹל מִכָּל מִינֵי רַחֲמָנוּת", דאס איז דער גרעסטער רחמנות אויף די וועלט; די אלע אידן וואס מען האט פון זיי אויסגעריסן די אמונה, שוין אפאר דורות וואס זיי זענען ווייט פון די תורה - דאס איז נישט א גוטע זאך, דאס איז די גרעסטע רחמנות.


מלמדים דארפן אריינלייגן אין די קינדער אז תורה און מצות איז א גוטע זאך; ווער עס לערנט תורה, ווער עס גייט בדרך התורה - דער האט א לעבן, נאר דאס איז לעבן; טון די ווילן פונעם אייבערשטן איז נישט קיין קנס, טון די ווילן פונעם אייבערשטן איז נישט אן אפקומעניש; דאס איז גוט, דאס איז די בעסטע זאך אויף די וועלט.


אידישע קינדער האבן מצוות; מיר קענען נישט עסן אלעס, מיר קענען נישט טון אלעס, ווייל מיר זענען אזוי ווי דער קראנקער מענטש וואס דער דאקטער זעט נאך אין אים א האפענונג. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא שמיני, ו) א דאקטער איז געקומען היילן צוויי קראנקע מענטשן, דער דאקטער האט געזען דעם ערשטן חולה אז ער איז אין א סכנה, האט דער דאקטער געזאגט: "תְּנוּ לוֹ כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ", געבט אים צו עסן אלעס וואס ער בעט, "רָאָה הָאֶחָד שֶׁעָתִיד לִחְיוֹת", דער דאקטער האט געזען דער צווייטער קראנקער אז ער קען נאך לעבן, האט דער דאקטער געזאגט: "כָּךְ וְכָךְ מַאֲכָל יֹאכַל וְכָךְ וְכָךְ לֹא יֹאכַל", געבט אכטונג אויף אים, געבט אים נישט די און די עסן, נאר פון די עסן מעג ער האבן, האט מען געפרעגט דעם דאקטער: "מַה זֶּה, לָזֶה אַתָּה אוֹמֵר יֹאכַל כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ, וְלָאַחֵר אָמַרְתָּ לֹא יֹאכַל כָּךְ וְכָךְ", וואס איז דאס? איינעם זאגסטו ער קען עסן אלע עסן און דער צווייטער מעג נאר עסן דאס און דאס?! האט דער דאקטער געענטפערט, דער וועט בלייבן לעבן, דערפאר דארף מען אכטונג געבן אויף אים, ווידער דער ערשטער גייט סיי ווי שטארבן, זאל ער עסן וואס ער וויל, ער קען דאך סיי ווי נישט לעבן, "כָךְ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הִתִּיר לַגּוֹיִם הַשְּׁקָצִים וְהָרְמָשִׂים", אזוי אויך האט דער אייבערשטער געזאגט, פאר די אומות העולם האב איך מתיר געווען זיי זאלן עסן די אלע ווערים און קריכעדיגע באשעפענישן, "אֲבָל יִשְׂרָאֵל שֶׁהֵם לְחַיִּים", אבער די אידן וואס זיי בלייבן לעבן, זיי זאג איך: "וִהְיִיתֶם קְדֹשִׁים כִּי קָדוֹשׁ אָנִי, אַל תְּשַׁקְּצוּ אֶת נַפְשׁוֹתֵיכֶם, אֶת זֶה תֹּאכְלוּ, וְאֶת זֶה לֹא תֹּאכֵלוּ, לֹא תִּטַּמְּאוּ בָּהֶם וְנִטְמֵתֶם בָּם", זיי זאלן נישט עסן די אלע נישט כשר'ע זאכן, "לָמָּה", פארוואס? "שֶׁהֵם לְחַיִּים, שֶׁנֶּאֱמַר: וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּה' אֱלֹקֵיכֶם חַיִּים כֻּלְּכֶם הַיּוֹם".


לייג אריין אין די קינדער אמונה; לערן זיי אויס זיי זאלן גיין התבודדות, זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - אלץ מער הייבט מען אן שפירן דאס זיסקייט פון זיין א איד. לערן זיי אויס זיי זאלן דאנקען דעם אייבערשטן; ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט זייער גוט און זיס, מען הייבט אן שפירן א טעם פון גן עדן.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא, לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", דאס איז דער תענוג פון עולם הבא - צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים צו לויבן, וויסן אז אלעס איז ער און ער איז אלעס, "שֶׁעַל יְדֵי זֶה סְמוּכִים וּקְרוֹבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי איז מען נאנט צום אייבערשטן, "כִּי כָּל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווייסט אז אלעס אלעס איז נאר דער אייבערשטער אליין, "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", איז מען נענטער צו אים.


אויך זאלסטו גיין התבודדות; בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך אין דיין וועג, ער זאל דיר העלפן דו זאלסט האבן גאר א שטארקע אמונה אין אים, דו זאלסט שפירן א טעם אין די תורה און מצות, דעמאלט וועסטו צוקומען אז דו וועסט שוין נישט וועלן קיין שכר, דו וועסט וועלן וואס די הייליגע חכמים זאגן (אבות ד, ב): "שְּׂכַר מִצְוָה, מִצְוָה", אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה) ווען מען טוט מצוות מיט שמחה, מען פריידט זיך מיט די מצוה אליינס: "עַד שֶׁאֵין רוֹצֶה בְּשׁוּם שְֹכַר עוֹלָם הַבָּא", ביז מען דארף שוין נישט קיין שום שכר, "אֶלָּא הוּא רוֹצֶה שֶׁיַּזְמִין לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִצְוָה אַחֶרֶת בִּשְֹכַר מִצְוָה זֹאת", נאר די גרעסטע שכר איז אז ער זאל קענען טון נאך מצוות, ער ווארט דער אייבערשטער זאל אים געבן נאך מצוות, "כִּי הוּא נֶהֱנֶה מֵהַמִּצְוָה בְּעַצְמָהּ", ער האט הנאה פון די מצוה אליינס; דורך התבודדות און תפילה קען מען זוכה זיין צוצוקומען צו דעם, מען זאל הנאה האבן פון זיין א איד, מען זאל זיך שפירן אזוי גליקליך מיט תורה און מצוות; עס זאל אנגיין פארוואס אנדערע האבן דאס נישט, ביז מען וועט גיין הפצה, זיי אויך געבן צו שפירן פון דעם טעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים.

#3 - ווי אזוי האלט מען אן דאס ברען וואס מ'האט אמאל געהאט?
חינוך הילדים, קדושה, חסידות, התבודדות, התחדשות, עבודת השם, מלמדים, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל מוז איך זיך זייער באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים און עצות אין לעבן, וואס העלפט מיר אזויפיל, און ס'ברענגט מיר אריין א האפענונג און סיפוק אין לעבן.


איך וועל פרעגן עטליכע זאכן. ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האט עס מיר גאר שטארק אנגעצינדען א גרויסע התלהבות, און איך האב אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן מיט א געוואלדיגע ברען, איך האב געשפירט אז איך האב ענדליך געטראפן איינעם וואס פארשטייט מיר און רעדט צו מיין הארץ, און ס'האט מיר שטארק געטוישט דאס לעבן צום גוטן; אבער ווי לענגער עס גייט דורך מער צייט, ווערט ביי מיר אפגעקילט דאס ברען וואס איך האב געהאט אנפאנג, און מיט דעם ווערט אויך ווייניגער דאס מקיים זיין וואס איך הער, וויל איך האבן אן עצה וואס צו טון איבער דעם.


צווייטנס, דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך ווי אזוי מ'דארף לעבן אינדערהיים, און דאס האט מיר גאר אסאך געהאלפן, אבער פון די אנדערע זייט בין איך אויפגעוואקסן מיט אנדערע סארט הדרכות, ביי אונז האט מען אסאך גערעדט קעגן תאוות וכו'. דארף איך אפלאזן מיין ביז יעצטיגע וועג, אדער איז דא א מיטלוועג אין דעם.


דריטנס, איך בין א מלמד, איך לערן מיט קינדער, און לעצטנס האב איך זיי אנגעהויבן אויסלערנען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, איך שפיר אבער אז איך קען נישט האלטן די קינדער אין די ראמען נאר מיט שרייען און אנשרעקן, איך האב נישט קיין אנדערע וועג זיי צו האלטן אויפ'ן פלאץ; דארף איך אפלאזן דאס מלמדות, אדער איז דא א וועג זיך צו טוישן?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עצות און חיזוק אויף די זאכן, און איך האף צו זען דעם ראש ישיבה שליט"א בקרוב דא אין ארץ ישראל.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


אויף די ערשטע פראגע, אין אנהייב האסטו געשפירט מער חשק און התלהבות, דו ווייסט נישט וואס גייט פאר אז דו פארלירסט די ברען און חשק.


וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, "רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודת השם, און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפגיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפ געפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר צו קענען גיין העכער און העכער.


די צווייטע פראגע, עס זעט דיר אויס א סתירה די ווערטער וואס דו הערסט דא ביים רבי'ן מיט די וועג ווי אזוי דו ביסט אויפגעוואקסן, דו ביסט אויפגעוואקסן אז אלעס איז תאוות, אלעס איז גשמיות, מען דארף זיך אפרייסן וכו' וכו'; וואס איך שייך צו זאגן תאוות? דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "וואס איז שייך צו זאגן תאוות? עסן דארף מען - מען זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, שלאפן דארף מען - מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן און חתונה האבן דארף מען - צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך צו זאגן אויף די אלע זאכן תאוות".


בלייב ביי דיין פלאץ, מאך נישט קיין מחלוקת; נעם דעם רבי'ן פאר חיזוק, לערן דעם רבינ'ס ספרים וועט זיך דיר עפענען דיין מח, דו וועסט קוקן אנדערש אויף די וועלט.


ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט דעם רבינ'ס קול - הייבט מען אן שפירן ווי מען איז ארום גענומען מיט אייבערשטער, מען הייבט אן שפירן א זיסקייט אין לעבן, מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; וואס מען דארף - בעט מען אים, וואס מען וויל רעדט מען צו אים; מען דאנקט און מען לויבט אים, די ווייב און קינדער ווערן א חלק אין עבודת השם.


גלייב מיר, עס איז דא אסאך צו שרייבן אין דעם ענין; א שאד מען רעדט נישט פון דעם צו בני הנעורים, וואלטן אלע זיך געצויגן צום אמת. רוב פאלן אוועק ווייל זיי האבן נישט קיין כח זיך צו רייסן מיט די לעבן, מען רעדט נאר פון זיך אפשיידן, פון זיך אפטיילן; דער רבי רעדט אנדערע ווערטער, דער רבי רעדט אזוי שטארק פונעם אייבערשטן - אז עס ווערט אזוי ליכטיג, עס ווערט אזוי זיס; גשמיות ווערט רוחניות, אלעס ווערט אלוקות.


די דריטע פראגע, אויב דו זאלסט אפלאזן די מלמדות, דו שפירסט ווי אן שרייען גייט עס נישט; איך מיין דו זאלסט ענדערש אפלאזן די שרייען, שרייען איז א זאך וואס העלפט נישט, שרייען קומט פון פארלוירנקייט, פון נישט געהעריג שלאפן, פון נישט געהעריג עסן, און עס העלפט נישט.


איך בין געווען א מלמד, איך בין געווען פארלוירן, איך האב געהאט קינדער וואס איך האב נישט געטראפן די וועג זיך צו מחבר זיין מיט זיי; זיי האבן נישט געוואלט פאלגן און איך האב נישט געהאט א וועג מיט זיי ווי צו קענען זיין א גוטער מלמד זיי זאלן פאלגן, וואס האב איך געטון? איך פלעג גיין אינדערפרי פארטאגס התבודדות, איך האב געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן אן עצה ווי אזוי צו קענען לערנען מיט זיי; איך האב דערציילט דעם אייבערשטן יעדן קינד ווי אזוי ער איז אין כיתה, אלעס אלעס דערציילט, און ביז א קורצע צייט זענען די קינדער געווארן די חשוב'סטע קינדער; טו דאס וועסטו האבן הצלחה.

#2 - אויב די עלטערן האבן נישט הכרת הטוב, זאל איך אפלאזן מלמדות?
הכרת הטוב, פרנסה, מלמדים, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד ביי די קלענסטע כתה, וואס זיי ווערן דריי יאר; ברוך ה' איך לייג אריין די גאנצע הארץ און נשמה אין די קינדער, זיי געבן א געשמאק אין תורה, תפלה, ציצית, קאפל און פיאות.


די דרשות פונעם ראש ישיבה געבן מיר אזויפיל צו, און בפרט די חשיבות פון א מלמד, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך פיר זיך אזוי און די פיצלעך קינדער רעדן צום אייבערשטן און רעדן פון באשעפער.


איך ארבעט דא נישט וועגן געלט און נישט פאר די געהאלט, איך קען טון אנדערע זאכן פון וואס מ'פארדינט פיל מער, נאר צו זען מיינע פירות פאר די אויגן.


אבער יעצט פורים ווען ס'איז די איינציגסטע געלעגנהייט פון די עלטערן צו געבן די הכרת הטוב צום מלמד ביי די משלוח מנות, בין איך געווארן אזוי צעבראכן, זעענדיג ווי די עלטערן שעצן כמעט נישט, שיקן נארישע זאכן, מיט שוואכע פדיונות, אן א גוט ווארט, נאר גע'ירשנ'ט פון אנדערע.


אנדערע זאגן אז ביי א גרעסערע כתה באקומט מען מער, אדער אז עלטערן האבן נישט געלט, אדער מענטשן קענען נישט ארויסגעבן געפילן.


אויב אזוי טראכט איך צו פארלאזן דעם פלאץ צום נייעם זמן; כאטש וואס איך ווייס אז דער לאך וועט זיין גרויס, קיינער וועט נישט אריינלייגן אזויפיל אין די קינדער. נאר פאר די לעצטע החלטה האב איך געוואלט הערן פון אייך צי איך זאל עס טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, שושן פורים, ט"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער עס ארבעט מיט א רבים, צום ביישפיל א מלמד וכדומה - איז זייער וויכטיג צו וויסן אז מען ארבעט פאר'ן אייבערשטן, מען ארבעט נישט פאר קיינעם אנדערש. אז מען ווייסט אז מען ארבעט פאר'ן אייבערשטן דעמאלט האט מען הנאה פון די ארבעט, אנדערש איז ווען מען מיינט אז מען ארבעט פאר דעם און פאר יענעם, דעמאלט ווען מען זעט ווי מענטשן פירן זיך, מען איז נישט מכיר טובה וכו' - באקומט מען חלישות הדעת.


דעריבער זאלסטו נישט ווערן צעבראכן אז עס איז אריבער דעם יום טוב פורים און די עלטערן האבן דיר נישט געגעבן קיין געלט; קוק נישט אויף דעם, דו וועסט באקומען באצאלט פונעם אייבערשטן, די תורה און מצוות פון דיינע תלמידים דאס זאל זיין דיין ציל, אך און וויי פאר מלמדים וואס ארבעטן צו באקומען געלט וכו', עס איז נישטא קיין געלט אין די וועלט וואס קען באצאלן מלמדים און מחנכים וואס לערנען מיט קינדער.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא ח:) אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - "אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין, אז פונקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט, ווייל ער פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.


אז דו ביסט מצליח מיט די קינדער זאלסטו אודאי ווייטער ממשיך זיין מיט די ארבעט; קלאפ ארויס די סארט מחשבות פון אפלאזן, דיין גאנץ לעבן זאלסטו בלייבן מלמד.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין מגילה יג ע"ב; פרקי דרבי אליעזר פרק נ) אז מרדכי הצדיק איז געווען פון די גרעסטע אין די סנהדרין; מיט דעם אלעם ווען עס איז געווען די גזירה פון המן איז ער געגאנגען צאמנעמען טויזנטער קינדער, ער האט מיט זיי געדאווענט און אזוי מבטל געווען די גזירה (אסתר רבה ט, ד); עס האט אים געפאסט, אפילו ער איז געווען אזוי גרויס, ער איז געווען פון די ראשי סנהדרין - צו נעמען קינדער, צוויי און צוואנציג טויזנט קינדער - לערנען מיט זיי און אזוי מבטל געווען די גזירה. דארפן מיר דאך זיכער דאס טון, בפרט ווער עס האט די כח און השפעה אויף קינדער, צו לערנען תורה מיט קינדער - און אזוי ברענגען די גאולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - מ'צאלט מיר נישט מיין געהאלט, וואס זאל איך טון?
תפילה והתבודדות, פרנסה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה טאג טעגליך, איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט זיך געקענט באגיין אן דעם.


ווי דער ראש ישיבה ווייסט האט מען מיר ארויסגעווארפן פון מיין מלומדות פאסטן צוליב דעם וואס איך בין געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה. ב"ה אז איך האב געטראפן א צווייטע מלומדות פאסטן, און איך פרוביר אריינצולייגן אין די קינדער תורה און יראת שמים, דער פראבלעם איז אבער אז זיי צאלן נישט אזוי גוט און פונקטליך, ס'איז שוין צוויי חדשים וואס איך האב נישט באקומען מיין געהאלט. וואס זאל איך טון אין אזא מצב? ס'איז מיר זייער שווער אנצוגיין אזוי.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד דרדקי, לערנען תורה מיט תינוקת של בית רבן וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס. פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד וואס לייגט אריין אין קינדער תורה תפילה ויראת שמים. דערפאר זאלסטו זיך זייער מחזק זיין אז דו האסט אזויפיל זכותים אין הימל.


דאס וואס דו שרייבסט אז מען איז דיר שולדיג צוויי חדשים געהאלט און דו פרעגסט וואס דו זאלסט טון; ליבער ברודער, דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה וואס מיר זאלן טון ווען מיר האבן אן צרה, מיר זאלן זיך אויסרעדן דאס הארץ צום הייליגן באשעפער, אים בעטן אויף פראסט אידיש, אויף די שפראך וואס מיר זענען צוגעוואוינט צו רעדן.


א אינגערמען האט מיר דערציילט אז ער איז אריין צו מוהרא"ש ווען זיין טאטע האט געהאלטן פארן חתונה מאכן איינער פון די קינדער און ער געזאגט פאר מוהרא"ש אז זיין טאטע האט נישט קיין איין פרוטה חתונה צו מאכן וכו', האט אים מוהרא"ש געזאגט מיט א שמייכל: "זאג דיין טאטע אז דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ווי אזוי צו האבן געלט, מען זאל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן וכו'"; דער אינגערמאן זאגט מיר: "איך האב געמיינט אז איך פאל אראפ, דאס האב איך נישט געקענט טראכטן, ווי מוהרא"ש זאגט דאס מיט אזא אמונה מיט אזא זיכערקייט: 'מיר האבן א רבי וואס האט אונז געגעבן אן עצה פון רעדן צום אייבערשטן', כאילו דאס איז א נייע זאך, א נייע סגולה, א נייע עצה וכו'".


דערפאר טייערער הארציגער חבר, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר אויף וואס מען האט געטון מיט דיר, מען האט דיר ארויס געווארפן פון דיין מלמדות פאר די איינציגע חטא אז דו ביסט געקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה און דו מוטשעסט זיך וכו'. אבער געדענק וואס ר' נתן פלעגט שטענדיג זאגן בעת צרה: "ס'איז מיט גרויסע חסדים"; ווייל אז מען קוקט גוט זעט מען אז דער אייבערשטער איז זייער גוט און ער טוט נאר גוטס מיט אונז, ער ווארט נאר מיר זאלן קומען צו אים און רעדן צו אים און נישט פארגעסן פון אים.


דו וואוינסט דאך אין ...; כאפ זיך אריבער יעדן צופרי צום ציון פון רבינו הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו. דער רבי זאגט זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַך".


קוק זיך אים דארט אינעם בית החיים, וועסטו זען ווי עשירים מיט עניים - אלע ליגן דארט. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (איוב ג, יט): " קָטֹן וְגָדוֹל שָׁם הוּא"; עס בלייבט נישט איבער פונעם מענטש נאר דאס ביסל גוטס וואס מיר טוהן און וואס מיר זענען מזכה א צווייטן.


לייג אריין אין די קינדער אמונה פשוטה אין בורא כל עולמים און דאס וועט זיי באגלייטן אלע זייערע יארן; עס גייט אריבער אפאר יאר און אלע דיינע תלמידים וועלן חתונה האבן. איינער וועט זיין א קאנטראקטער, איינער א עלעקטערישן, איינער א פלאמבער און וואס וועלן זיי געדענקען פון חדר? דאס ביסעלע אמונה און דאס ביסעלע ווארעמקייט וכו'.


איך ווארט צו זען ווי דו שרייבסט מיר די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר.