שאלה אין קורצן ענין
#33 - מ'רודפ'ט מיינע קינדער אין חדר און אין שולע, וואס קען איך טון?
חינוך הילדים, מוסדות, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, וואו איך האב ב"ה זייער שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב, איך לעב ב"ה א הערליך לעבן מיט מיין ווייב און קינדער, איך האב ב"ה קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען, איך האב ב"ה געראטענע קינדער און איך האב געטון הערליכע שידוכים מיט זיי. איך האב ב"ה ברייט פרנסה, און אלעס גייט מיר זייער גוט, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


לעצטנס האט זיך אבער געמאכט אן אינצידענט און דאס האט געברענגט אז די מענטשן אין מיין געגנט האבן מיר אנגעהויבן זייער שטארק צו רודפ'ן, דאס וואלט מיר נישט אזוי געשטערט, דער פראבלעם איז אבער אז ס'איז געגאנגען נאך ווייטער, אז מ'האט אויך אנגעהויבן צו רודפ'ן מיינע קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך, אין חדר און אין שולע.


די קינדער קומען אהיים ממש אויסגעלאשן, זיי דערציילן ווי מען רודפ'ט זיי און מען פייניגט זיי אויס, און דאס מאכט מיר געפערליכע צער. איך און מיין ווייב מאכן נאס דעם קושן יעדע נאכט.


ליידער איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, נישטא קיין הנהלה אדער רבנים וואס זאלן זיך צוהערן צו אונזער ווייטאג. וואס זענען שולדיג מיינע אומשולדיגע קינדער, אז מ'טשעפעט זיי אזויפיל און מ'געבט זיי צונעמען, און אזוי ווייטער.


ביטע האט רחמנות אויף מיין משפחה וואס גייט ממש צוגרינד, און געבט אונז אן עצה וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח, יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויין ווען איך ליין דיין בריוו.


איך בין דאס אריבער ווען איך האב געעפענט די ברסלב'ע ישיבה; פאר צען יאר צוריק האט מען דאס געטון מיט מיינע קינדער. מען האט זיי געטשעפעט און פארשעמט, מען איז זיי נאכגעלאפן אין די גאסן, די שכנים וכו' האבן זיי נאכגעשריגן מיט אלע מיאוס'ע ווערטער אויף זייער טאטע, דאס האט מיר זייער וויי געטון, נאך מער פון אלעס.


פרוביר צו רעדן צו די מלמדים און טיטשערס פון דיינע קינדער, פארצייל זיי וואס מען טוט מיט די קינדער, זיי וועלן אודאי אנזאגן די תלמידים אז מען טאר נישט וויי טון א צווייטן איד. אויב זיי וועלן זיך נישט וואוסענדיג מאכן, זיי וועלן זאגן אז עס איז א מצוה צו רודפ'ן דיינע קינדער זאלסטו ארויס נעמען דיינע קינדער פון אזא פלאץ; אויב א מלמד איז מחנך זיינע תלמידים מיט רשעות, צו טשעפען אנדערע קינדער, וועלן אלע קינדער ביים סוף ארויס גיין לתרבות רעה.


איך ווייס נישט וואו דו געהערסט, צו וואסערע חסידות וכו'; איך וויל דיר דערציילן אז דא איז דא א געגענט וכו' וואו מען האט פאר דרייסיג יאר צוריק מחנך געווען קינדער צו שפייען אויף קינדער וואס לערנען אין אן אנדערע מוסד, מען האט אויסגעלערנט די מיידלעך אז ווען זיי זעען א מיידל וואס גייט אין די אנדערע שולע זאל מען ציען אירע האר און שרייען מיאוס'ע ווערטער. רוב פון די קינדער זענען ארויס לתרבות רעה און די איבעריגע האבן נעבעך יענעם חיים טובים.


דערווייל לייג אריין אין זיי א שטארקייט אז זיי זאלן נישט ווערן צעפאלן און דערנידערט פון קיינעם; אויב איינער שלאגט זיי, זאלן זיי צוריק געבן מכות רצח, זיי זאלן נישט מורא האבן פון קיינעם. זאג זיי אן אז קיינער קען נישט קומען שרייען אויף זיי "נקמה", ווייל מען דארף אויסלערנען פאר די קינדער: "הבא להרגך השכם להרגו", דאס הייסט "סעלף דיפענס" וואס איז נישט נקמה, ווייל נקמה מיינט אז איינער האט מיר שלעכטס געטון טאר איך אים נישט צוריק טון קיין שלעכטס, אבער אז איינער וויל מיר שלאגן איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן.


עס איז נישט דא קיין שום היתר צו טשעפען קינדער וועגן די עלטערן; ווען דער הייליגער סאטמארער רב זכותו יגן עלינו האט געעפענט די חדר "תורה ויראה", האט ער געזאגט אז מען קען נישט קוקן אויף די עלטערן וכו', ער האט געהייסן אריין נעמען אין חדר און אין שולע ווער עס האט נאר געוואלט; ווען עלטערן זענען געקומען זיך אפרעדן אז עס זענען דא קינדער וואס זייערע עלטערן היטן נישט קיין שבת, און זיי ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן לערנען צוזאמען מיט זיי, האט דער רבי זי"ע געענטפערט: "אויב איר ווילט נעמט ארויס אייער קינד"... אזוי אויך האט מען זיך אפגערעדט אז עס זענען דא עלטערן וואס פארמאגן טעלעוויזשן אין שטוב, אויף די אלע טענות האט דער רבי געענטפערט: "מיט די צייט וועלן די קינדער משפיע זיין אויף די עלטערן זיי זאלן אויך תשובה טון"; ער האט בשום אין אופן נישט געלאזט מען זאל ארויס ווארפן א קינד וועגן די עלטערן.


דעריבער זאלסטו נאכאמאל פרובירן צו רעדן צו די מלמדים און טיטשערס, צום מנהל און מנהלת אז מען טוט וויי דיינע קינדער; אפשר איז עס נישט ממש ווי דו זאגסט, אפשר זוכן דיינע קינדער צו טשעפען מיט אנדערע, זיי מברר וואס גייט פאר, און אויב עס איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט, זאלסטו שוין ארויס נעמען דיינע קינדער פון אזא פלאץ וואס וועט סיי ווי צעפאלן.


די הנהלת המוסד איז געקומען אמאל צום הייליגן סאטמארער רבי זאגן אז עס איז נישט דא קיין געלט און די מוסד האלט זיך ביים פארמאכן, האט דער רבי זכותו יגן עלינו זיי געזאגט אזוי: "א מוסד מאכט זיך נישט צו אז מען האט נישט קיין געלט, א מוסד מאכט מאכט זיך צו פון מחלוקות"; קינדער טאר מען נישט אריין מישן אין קיין מחלוקת, קינדער וואס הערן רעדן אויף א צווייטע איד וועלן שפעטער אוועק גיין פון אידישקייט, מחלוקות איז נישט גוט פאר קיינעם, עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פאר קיינעם, ספעציעל פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז, און אונז שיקן דעם גואל צדק וואס זאל מאכן שלום צווישן אונז, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג): "הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא וגו' והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם", און חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (עדיות, ח): "אין אליהו בא לא לרחק ולא לקרב, אלא לעשות שלום בעולם", אליהו הנביא וועט קומען נאר צו מאכן שלום אויף די וועלט; אמן.

#32 - וואס טוט מען מיט א מלמד וואס פירט זיך נישט איידל מיט די קינדער?
קדושה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס קינד אין חדר האב איך געהאט א מלמד וואס פלעגט מיר אנרירן אויף נישט אן איידעלע וועג יעדן טאג פאר א גאנץ יאר, דעמאלט האב איך נישט געוואוסט וואס דאס איז, אבער דאס האט מיר שפעטער אראפגעפירט אין שאול תחתית. דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב געטראפן קונטרסים פון מוהרא"ש, און שפעטער אויך אייערע שיעורים, דאס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן און איך בין געווארן א נארמאלער מענטש און אן ערליכער איד, און ב"ה איך האב שיין חתונה געהאט.


דער יעניגער מלמד האט מען ארויסגעווארפן פון חדר א יאר שפעטער, יעצט הער איך אבער אז ער טוט ווייטער מעשים מגונים מיט קינדער, איז מיין שאלה אויב בין איך מחויב צו גיין צו די פאליציי אים מסר'ן, הייסט דאס מסירה? וואס דארף איך צו טון וועגן דעם?


א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע דרשות, וואס איז ממש מיין חיות און לעבן, נאר אין דעם זכות גיי איך מיט א בארד און פיאות און ציצית און איך האב ליב אידישקייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר בחקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוודאי זאלסטו גיין צו די פאליציי; אז א מענטש לויפט נאך קינדער און טוט מיט זיי מעשה תועבה וכו', אויף אזא איינעם איז נישט דא קיין שום רחמנות, אזא איינער דארף זיצן אין תפיסה זיין גאנצע לעבן.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן ח): "אָסוּר לְלַמֵּד זְכוּת עַל זֶה שֶׁעָבַר עַל מִשְׁכַּב זָכוּר", אויף אזא מענטש טאר מען נישט מלמד זכות זיין; די פארשאלטענע רשעים וואס טוען עבירות מיט קינדער השם ירחם דארף מען איינשפארן אין תפיסה פאר זייער גאנץ לעבן און דארט זאלן זיי אויסגיין.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פדיון שבויים, סימן ו): "בַּעֲווֹן מִשְׁכַּב-זָכָר נִתְפָּס בִּתְפִיסָה", א מענטש וואס טוט מעשה תועבה רחמנא לצלן וועט אנקומען אין תפיסה; דאס איז ביי סתם מענטשן וכו', כל שכן א מענטש וואס טשעפעט קינדער, דעם דארף מען איינשפארן אין תפיסה.


הער גוט וואס איך זאג דיר: א מענטש וואס נעמט קינדער און ער טוט מיט זיי עבירות, ער באצווינגט זיי וכו' השם ישמרינו, מיט אזא איינעם דארף מען גיין בחומר הדין אן קיין שום רחמנות, אזא איינער איז דער גרעסטער רוצח וואס איז נאר פארהאן, ווייל דאס לאזט איבער א שלעכטע פלעק אויף די קינדער פאר זייער גאנצע לעבן.


ביי א מנוול איז נישט דא קיין רחמנות און מען טאר אויף זיי נישט קיין רחמנות האבן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ילקוט שמעוני, פרק טו, סוף רמז קכא): "כָּל שֶׁהוּא רַחֲמָן עַל אַכְזָרִים לַסּוֹף נַעֲשֶׂה אַכְזָר עַל רַחְמָנִים", ווער עס האט רחמנות אויף אכזרים וועט צום סוף ווערן אן אכזר אויף וועם מען דארף רחמנות האבן; מוהרא"ש זאגט: "א שאד אז די רעגירונג געבט נישט אויף דעם קיין טויט שטראף", ווייל די אלע קינדער וואס פאלן קרבנות פאר די מנוולים וואקסן אויף בעלי מומין און אזוי פארבלייבן זיי במשך זייער גאנצע לעבן, השם ישמרינו.


איך מוז דיר זאגן אז דו ביסט א העלד; דו שרייבסט אז דו האסט זיך שיין מסדר געווען אין לעבן, דו האסט א צלם אלוקים - בארד און פיאות, דו גייסט מיט ציצית און דו פרייסט זיך מיט דעם, דאס איז זייער א גרויסע זאך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש איז פרייליך און ער טוט די מצוות פרייליכערהייט, איז דאס א סימן אז ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן.


זע צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות און זע צו זאגן אביסל תהילים; דאס וועט דיר ברענגען נענטער און נענטער צום אייבערשטן.

#31 - איך מוטשע זיך מיט נסיונות, מעג איך זיין א מלמד?
קדושה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך געב זיך ב"ה אפ מיט די קינדער זייער שיין, איך האב אסאך געדולד און סבלנות צו זיי, איך שלאג נישט, איך פרוביר אריינצולייגן אין די קינדער תורה ויראת שמים און אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן.


פון די אנדערע זייט בין איך אבער פערזענליך געשלאגן מיט געפערליכע נסיונות, איך קוק זאכן וואס א איד טאר נישט קוקן, איך טו עקלדיגע און פראסטע זאכן וואס א איד טאר נישט טון. עס טוט מיר זייער וויי, איך זאג משניות און א בלאט גמרא יעדן טאג, דערווייל בין איך אבער נאך פארזינקען אין שמוציגע עבירות.


דאס ברענגט מיר צו מיין שאלה צי איך מעג זיין א מלמד פון קינדער, אדער בין איך זיי גאר מטמא. איך רעד צו קינדער נאר גוטע זאכן, איך וויל באמת אריינלייגן אין זיי נאר ערליכקייט און וואוילקייט. די שאלה איז אבער צי מיין פריוואטע לעבן איז א באזונדערע זאך און ווען איך בין אין קלאס מיט די קינדער איז דאס א צווייטע זאך? אדער איז דאס געקניפט און געבינדען, און איך טאר נישט זיין קיין מלמד פון קינדער?


איך האב שוין אסאך געוואלט זאגן פאר מיין מנהל אז איך געב אויף מיין פאסטן, איך ווייס אבער נישט וואס דער דעת תורה איז, איך וואלט זייער געוואלט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר זאגן וואס איך האב צו טון.


א גרויסן דאנק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר בחקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט נישט געוואלט אז זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט איינע פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפן טאג און אויפן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)"; אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא).


מיט דעם אלעם האט דער רבי געזאגט אז ער וויל זייער שטארק, אז אויב איז דא א מלמד אדער א שוחט זאל דאס זיין דוקא פון זיינע תלמידים. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז דער ס"מ פארלייגט זיך זייער שטארק אויף שוחטים זיי זאלן זיין קלים ורקים און מכשיל זיין אידישע קינדער מיט נבילות וטריפות רחמנא לצלן; אויך פארלייגט זיך דער ס"מ אויף די מלמדים זיי זאלן נישט זיין ערליך אזוי וועלן זיי פאר'סמ'ען אידישע קינדער מיט זייערע אפיקורסות; דעריבער האט דער רבי געזאגט: "אויב יא א שוחט, אויב יא א מלמד, זאל דאס שוין ענדערש זיין פון מיינער א מענטש וואס האט יראת שמים".


עס זענען דא זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען געווען מלמדים, ווי זיי האבן אריין געלייגט אין די קינדער אמונה פשוטה און יראת שמים; מוהרא"ש אליינס איז געווען יארן לאנג א מלמד, אויך האט ער געלערנט אלץ קינד אלט זייענדיג זעקס יאר ביי א מלמד פון אנשי שלומינו רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה וועם מען האט גערופן בלשון חיבה "ר' יעקב מלמד".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי דער מלמד פלעגט אריין לייגן אין די קינדער אמונה; די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דעם קינד קישן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריין געברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צו גיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.


אויך האט מוהרא"ש פארציילט אז דער מלמד הנ"ל פלעגט אויסטיילן אין חדר יעדן טאג פאר אלע קינדער א פרוטה און ער איז ארום געגאנגען מיט א פושקע צו אלע קינדער, און בשעת ער איז ארום געגאנגען מיט די פושקע האט ער געהאט א ספעציעלער ניגון וואס ער פלעגט זינגען: "הריני נותן צדקה לעניים וליתומים ולאלמנות, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל מיין גאנצע לעבן געבן צדקה פאר ארימעלייט, און אין דעם זכות זאל איך ניצול ווערן פון אלע צרות און פון אלע מחלות און איך זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו א צווייטן"; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט צוגעלייגט אז עס איז געווען א הערליכע מחזה צו זען ווי אזוי יעדעס קינד לייגט אריין א פרוטה אין די פושקע נאכן זאגן די תפילה.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אז פון אלע זיינע מלמדים געדענקט ער נאר זכרונות פון דעם מלמד און פון נאך א מלמד וואס איז אויך געווען א ברסלב'ער חסיד.


אזוי זאלסטו טון מיט דיינע קינדער; לייג אריין אין זיי תמימות ופשיטות און פארצייל זיי מעשיות פון הייליגע צדיקים. וואויל איז פאר א מלמד וואס פארציילט יעדן טאג מעשיות פון צדיקים פאר די קינדער, ווייל מעשיות פון צדיקים פלאקערט אויף דאס הארץ, מען הייבט אן מקנא זיין די צדיקים און מען וויל אויך ווערן א צדיק.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", וויסן זאלסט אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט אויף געפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א מורא'דיגע בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד. ווען מען הערט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך זוכה זיין צו דעם און ווערן א צדיק.


עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט די מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


בזכות וואס דו לערנסט מיט תינוקת של בית רבן, דו געבסט אכטונג אויף זיי, דו האסט סבלנות צו זיי און דו לערנסט מיט זיי תורה ויראת שמים, זאלסטו פטור ווערן פון דיינע נסיונות; די ווערטער פון יראת שמים וואס דו רעדסט צו די קינדער זאל אריין גיין אין דיין הארץ, און מיר אלע זאלן זוכה זיין צו תשובה טון באמת.

#30 - פארוואס ציעט מיר מער צו ליינען צייטונגען אין מיין איבריג צייט, ווי צו לערנען תורה?
חינוך הילדים, לימוד התורה, מלמדים, היטן די צייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אלס מלמד א גאנץ יאר, און ווען ס'קומט חול המועד האב איך אביסל וואקאציע, עס ציעט מיר זיך אביסל אויסצורוען און ליינען צייטונגען און מאגאזינען, פארשטייט זיך נאר כשר'ע, אבער עס ציעט מיר נישט צו לערנען, מיין ווייב מוטשעט מיר איך זאל גיין לערנען כאטש פאר צוויי שעה א טאג, ווי אזוי קען איך מאכן אז ס'זאל מיר ציען צו לערנען?


יישר כח.


מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) דארף מען שוין נישט קיין עצות פון קיינעם צו באקומען א געפיל צו לערנען ווייל עס הייבט אן ציען צום לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צז, ג): אויפן פסוק (בראשית מח, טז): "וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ", יעקב אבינו האט געבענטשט יוסף ער זאל זיין ווי די פיש וואס לעבן אין וואסער, זייער גאנצע עקזיסטענץ איז וואסער, מיט דעם אלעם, ווען עס הייבט אן רעגענען שווימען זיי אלע ארויף און ווילן כאפן א פרישע טראפ פון די רעגן וואסער. אזוי אויך זענען די אידן, זייער גאנצע לעבן איז נאר תורה, מיט דעם אלעם ציט זיי יעדן טאג צו לערנען נאך און נאך תורה.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר, ווייל ווען דו וואלסט ווען גענומען דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" וואלסטו געהאט סיי דער וועלט און יענער וועלט; מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס וויל דאס נישט טועם זיין. "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב (תהלים לד, ט):" - נעם א משניות און הייב אן זאגן פרק נאך פרק, א מסכת נאך א מסכת, דו וועסטו שפירן עפעס וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געשפירט, מען הייבט אן שפירן א טעם אין לעבן, עס הייבט אן ציען דעם מענטש צו נאך און נאך תורה, בפרט אז מען לערנט אסאך משניות, דאס האט אין זיך א כח אז עס ברענגט אריין א גליסטעניש צו לערנען די גאנצע תורה.


וואס וועסטו האבן פון ליינען צייטונגען? דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק ליצנות און איין גרויסער בלאף; די ציל פון א צייטונג איז נאר צו ווייזן (צפניה ב, טו): "אֲנִי וְאַפְסִי עוֹד", איך, איך און נאכאמאל איך, און עולם גולם שטייט און ליינט דאס בשעת מען כאפט נישט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך און מען האט גארנישט דערפון, דאס איז חוץ דעם וואס עס נעמט אוועק דאס יראת שמים פונעם מענטש.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין טאטע שליט"א האט קיינמאל נישט געלאזט אריין ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג; שבת האב איך געזען מיין טאטע שליט"א נאר לערנען און פארברענגען מיט די קינדער, איך האב נישט געוואוסט בכלל אז עס איז דא צייטונגען ביז איך בין געפארן לערנען אין ישיבה.


בפרט אז דו ביסט א מלמד א גאנץ יאר דארפסטו דאך אכטונג געבן וואס דו ליינסט; וויי פאר די קינדער וואס זייער מלמד איז אנגעליינט מיט ליצנות פון צייטונגען, דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק שקר, לשון הרע, רכילות, ליצנות, דברים בטלים און דברים של מה בכך וכו' וכו'; אודאי לייגן זיי אריין דברי תורה, ווייל אזוי קען מען פארנארן אידישע קינדער. מען לייגט טאקע אריין שיינע מוסר השכל מיט כלומר'ישע מוסר וחסידות, אבער ווער זענען די שרייבערס? פיסטע יונגען וכו' וכו'. ווען דו וואלסט געוואוסט ווער די שרייבערס זענען, וואלסטו געשריגן: "געוואלד! די לצים פירן כלל ישראל!" עס זיצן פוסטע יונגען, זיי דארפן אנפילן א צייטונג מיט הונדערטער בלעטער, שטייען זיי און מאכן ליצנות פון כלל ישראל, ליצי ליצנות און עולם גולם קויפט עס; קיינער ווייסט נישט פארוואס, קיינער טראכט שוין נישט אליינס, נאר וואס דער שרייבער שרייבט - דאס איז דער שכל הישר.


וואס האבן די שרייבערס געטון פארן שרייבן זייער ארטיקל - געלערנט אור החיים הקדוש? געזאגט תהלים? זיי זענען געזעצן און געליינט רחמנא לצלן זאכן וואס א איד טאר נישט ליינען, דאס ליינסטו? און דאס גייסטו איבערגעבן פאר ריינע קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא?!


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט א קלוגע ווייב וואס וויל אויפשטעלן מיט דיר אן ערליכער שטוב, זי וויל דו זאלסט אביסל לערנען, זי וויל אז די קינדער זאלן אויפוואקסן אין א שטוב וואו דער טאטע לערנט. אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" קען מען לערנען אין שטוב; מען דארף נישט קיין חברותא, נאר מען זיצט אין שטוב און מען לערנט אויפן קול. די ווענט ווערן אנגעזאפט מיט די זיסע גמרא ניגון, די ווענט שרייען ארויס 'דא וואוינט אן ערליכער איד', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית יא.): "בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם וְקוֹרוֹת בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם מְעִידִים בּוֹ", די ווענט פונעם שטוב זאגן עדות וואס עס טוט זיך אין שטוב; די דאך שרייט ארויס וואס דא טוט זיך, אזוי ווי עס שטייט (חבקוק ב, יא): "כִּי אֶבֶן מִקִּיר תִּזְעָק, וְכָפִיס מֵעֵץ יַעֲנֶנָּה", די קינדער וואקסן אויף מיט א טאטע וואס לערנט, די מאן ווערט חשוב אין זיין ווייבס אויגן און אלעס טוישט זיך צום גוטן.


ווער עס לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" דער לערנט יעדן טאג; ביי אים איז נישט קיין חילוק צי עס איז חול המועד צו ערב יום טוב, צי עס איז פורים צי ווען אימער, יעדער לערנט זיך זיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג, אבער אז מען וויל נישט איינבייגן דעם קאפ פארן רבי'ן, מען וויל נישט לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד", דעמאלט האט מען יעדן טאג אן אנדערער תירוץ; היינט איז חול המועד, מארגן איז יום טוב, נאכדעם דארף מען אוועק פאקן דעם יום טוב וכו', נאכדעם האב איך א שמחה, נאכדעם האט מיין חבר א שמחה וכו' וכו' און דערווייל גייט אריבער כמה וכמה שנים אן קיין תורה.


פאלג דעם רבי'ן, נעם א משניות און הייב אן מסכת ברכות, גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אויפן קול אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, אזוי זאלסטו טון ביז דו וועסט ענדיגן א מסכת, נאכדעם גיי נישט איבער די מסכת, נאר גיי צום קומענדיגן מסכת ביז דו וועסט ענדיגן א סדר, ווען דו ענדיגסט א סדר זאלסטו ווייטער זאגן פרקים ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה, נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאך אמאל משניות וכו' וכו', אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן.


אזוי זאלסטו אויך טון מיט גמרא; הייב אן ש"ס, נעם א מסכת ברכות און הייב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא. היינט זענען דא גמרות מנוקד, אפילו איינער וואס קען נישט קיין עברי קען אויך זוכה זיין צו לערנען די הייליגע גמרא; זאג א דף נאך א דף ביז דו וועסט ענדיגן דעם גאנצע מסכת, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין כסדרן ביז דו וועסט ענדיגן ש"ס.


וואס זאל איך דיר זאגן, איינמאל דו וועסט טועם זיין דעם "סדר דרך הלימוד" וועסטו שוין נישט דארפן קיינעם אויפן וועלט, דו וועסט נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענע וועלט. אזוי ווי דער רבי האט איינעם גע'מוסר'ט (שיחות הר"ן, סימן יז): "מַדּוּעַ לֹא תִּלְמַד? מַה תַּפְסִיד בָּזֶה הֲלֹא תְּקַבֵּל עוֹלָם הַבָּא עַל הַלִּמּוּד?!", פארוואס לערנסטו נישט? דו וועסט דאך באקומען עולם הבא פאר דיין לערנען? נאכדעם האט אים דער רבי געזאגט: "וְאֵין צָרִיךְ לוֹמַר, כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד, אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא, רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", און איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו שפירן א ליבשאפט צו די תורה, וועסטו שוין נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענער וועלט, דו וועסט נאר וועלן לערנען נאך און נאך.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט אנגעהויבן לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן.

#29 - ווי אזוי און וואס דארף א לערערין רעדן אין קלאס צו די מיידלעך?
חינוך הילדים, קדושה, מלמדים, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אידיש לערערין, איך האב מיידלעך פון 14 15 יאר, איך הער אייערע שיעורים און איך לערן מיט די מיידלעך די לימודים וואס איר לערנט, אסאך מיידלעך באמערקן עס, ווייל זיי הערן אויך אויס די שיעורים, און זיי ווייסן אז עס מוז זיין אז די אלע שיינע זאכן וואס איך זאג קומט פון דא.


איך וויל וויסן ווי אזוי מען נעמט די קוראזש צו רעדן צו די מיידלעך עניני צניעות און עניני קדושה, יעדן טאג איידער איך גיי אריין אין קלאס, בעט איך דעם אייבערשטן אז איך זאל היינט רעדן, אבער איך קען נישט. איך ווייס אז מ'מוז רעדן און איך פארשטיי זייער גוט וואס איר זענט מרמז ביי די שיעורים, אז א לערערין מוז רעדן אפן, אבער ווי אזוי? עס איז ממש נישט מעגליך!


ח. ב.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ח. ב. תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר זענט מחנך אידישע קינדער אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס; איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט זוכה געווען צו אזא הייליגע ארבעט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין; פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון דער וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א לערערין האט. ווייל א לערערין פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף און טוהן גוטע זאכן גייט אלעס אויפן חשבון פון די לערערין.


איך בעט אייך זייער איר זאלט געבן א שמייכל און א גוט ווארט פאר יעדע מיידל, בפרט פאר די וואס קיינער קוקט נישט אויף זיי, פאר די וואס קומען פון משפחות וואס מען רעכענט זיך נישט מיט זיי, זיי דארפן זייער וויכטיג מען זאל זיי זאגן א גוט ווארט, ווייל עס איז נישט דא ווער עס זאל זיי דאס געבן.


עס זענען ליידער דא טיטשערס וואס וועלן זיך נעמען אויף א מיידל פון א משפחה וואס מען האט נישט מורא אז די מאמע וועט פארפירן, און מיט די מיידל שלאגט מען כפרות ווען מען האט א שווערע טאג וכו', מען לאזט אויס די נערוון אויף די סארט מיידלעך רחמנא לצלן; איר זאלט זייער אכטונג געבן צו גיין פארקערט פון דעם, דוקא פאר די צעבראכענע מיידלעך דארף מען בעיקר ווייזן א שמייכל און געבן גוטע ווערטער, פאר זיי דארף מען געבן ליבשאפט.


אויב מען געבט אכטונג אויף די צעבראכענע קינדער דעמאלט הייסט מען א ריכטיגע מנהיג ישראל; חכמינו זכרונו לברכה פארציילן (מדרש שמות רבה ב, ב-ג): דוד המלך איז געווען א פאסטוך אלץ יונגער בחור; ער פלעגט שטענדיג אכטונג געבן אויף די שוואכע און יונגע שעפעלעך זיי זאלן האבן וואס צו עסן. ער פלעגט קודם ארויסברענגען די קליינע שאף צו פאשענען ווייל זיי האבן נאך נישט קיין גרויסע ציין און זיי קענען נישט עסן פון די אונטערשטע חלק פון די תבואה וואס דארט איז זייער הארט, אז זיי זאלן אפעסן די ווייכע תבואה. נאכדעם האט ער געפענט די טיר פאר די מיטעלע שאף וואס האבן שוין גרעסערע ציינער, זיי זאלן עסן פון די מיטלסטע חלק פון די תבואה, נאכדעם האט ער ארויסגענומען די עלסטע שאף וואס זיי האבן גאר שארפע ציינער און זיי קענען עסן די הארטע תבואה און אויסרייסן די ווארצלען. האט דער אייבערשטער געזאגט פאר דוד: "דוד, איך זע ווי דו האסט רחמנות אויף שעפעלעך, דו ביסט ראוי צו זיין דער מנהיג ישראל", אזוי ווי עס שטייט (תהלים עח, עא): "מֵאַחַר עָלוֹת הֱבִיאוֹ, לִרְעוֹת בְּיַעֲקֹב עַמּוֹ, וּבְיִשְׂרָאֵל נַחֲלָתוֹ".


א טיטשער דארף לעבן מיט די קלאס; א טיטשער קען נישט זיין נאר טיטשער מיט דעם וואס זי לערנט וואס מען דארף לערנען. א טיטשער דארף וויסן וואס עס טוט זיך צווישן די מיידלעך, א טיטשער דארף בודק זיין אויב עס איז דא א מיידל וואס טרעט אויף אנדערע, אפשר האבן די מיידלעך מורא פון געוויסע מיידלעך וואס טשעפען וכו', דאס איז דער עיקר שבעיקרים - אויסלערנען פאר די מיידלעך מידות טובות.


איך כאפ אן א ביישפיל, מען דארף אויסלערנען מיידלעך - בפרט קליינע מיידלעך, אז מען טאר נישט זאגן קיין סודות אין קלאס, אדער ווען א צווייטע מיידל שטייט נעבן דיר, און מען לייגט דאס אראפ מיט מעשיות וכו', ווייל דאס הייסט טשעפען.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי מען האט די שטארקייט צו רעדן צו די תלמידות פון קדושה וכו'; עס איז דא א מאמר החכם: "הַהֶכְרֵחַ לֹא יְגֻנֶּה", אז מען דארף רעדן פון דעם האט מען נישט קיין ברירה. איך ווייס אז עס איז שווער צו רעדן פון די ענינים וכו', מיר איז אויך זייער שווער צו רעדן צו די בחורים פון קדושה, ווייל מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט און וואס מען רעדט, אבער פָּטוּר בְּלֹא כְּלוּם אִי אֶפְשַׁר - מען מוז רעדן.


ווער עס איז עוסק מיט מענטשן וכו', ווייסט אז מען וואלט ווען געקענט אינשפארן אסאך צרות דורך דעם וואס מען רעדט צו קינדער זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון מנוולים; זייער אסאך מאל איז דא שלום בית פראבלעמען, און מען פרובירט צו זען פארוואס די מאן און ווייב לעבן נישט צוזאמען וכו', ביז מען דערוויסט זיך אז דא האט איינער געטשעפעט וכו'. דאס זעלבע דארף מען רעדן צו מיידלעך זיי זאלן זיך פירן איידל צווישן זיך אליינס וד"ל, ווייל אז מען רעדט נישט ווייסט מען נישט, און אז מען ווייסט נישט קומט מען צו צו טון כְּמַעֲשֵׂה אֶרֶץ מִצְרַיִם רחמנא לצלן.


ווען מען דארף אמאל געבן א קנס פאר א מיידל, טאר מען נישט קנס'ענען מיט הייסן זאגן תהילים וכדומה; ווייל ווען זיי וועלן ווערן עלטער וועלן זיי נישט וועלן זאגן תהילים, עס וועט בלייבן ביי זיי איינגעקריצט אין מח אז תהילים איז א קנס. מען קנס'עט למשל, אז אויב דו וועסט נישט טון וואס אלע טוהן וכו', וועסטו דארפן זיצן דא אין קלאס ווען מען גייט לאנטש וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אייער הייליגע ארבעט

#28 - דערציילט וואס ער איז אריבער אלס קינד ווען קיינער האט אים נישט אויסגעלערנט
חינוך הילדים, קדושה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


אני לכאורה מבוגר ממך בשנים, ואני ב"ה איש מצליח, יש לי משפחה ועבודה ב"ה וב"ש, אבל במסתרים תבכה נפשי בנסיונות של קדושה שיש לי מאז שאני זוכר את עצמי.


אני לא חסיד של ברסלב בכלל, וגם איש נכבד במקום שאני נמצא, אבל מישהו שלח אלי קלי"פ מדרשה שאמרת לבחורים בישיבתך, ובאתי בזה לחזק ידך ולשבח מעשיך.


כשאני הייתי ילד אני זוכר שהיה לי חבר שעשיתי עמו דברים נוראים ביחד. לא הייתי ילד רע בכלל, הייתי מהכי טובים של הכיתה בחדר, מהכי הכי; אבל לא ידעתי, הייתי קצת נאיוו ולא הבנתי רמזים "כפי שאתה אומר בהדרשה שלך". אבל הכי כואב זה שבימי הבר מצוה אני זוכר שאמרתי להחבר שלי שהרבי אמר שמשהו שאינו מצוה הוא עבירה, וזה שאנחנו עושים בסתר אינו לכאורה מצוה ואולי זהו עבירה וממילה לא נעשה את זה יותר; זהו עד היכן התמימות שלי היה. [וברור לי שלא הייתי בן יחיד בזה]. ויש לי טענות גדולות על ההנהלה, אולי באם היה שם מישהו כשהייתי קטן שיהיה לו האומץ להגיד את זה ברבים, לא הייתי עובר עכשיו כשאני כבר מחתן ילדים בעיות כל כך חמורות בעניני קדושה.


ע"כ אני רק רוצה לחזק אותך בזה, ויעזור השי"ת שיהיה לך הרבה הצלחה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס איך זאל נישט הערן אזעלכע מעשיות וואס דו שרייבסט; וואס זאלן מיר טון אז מען לערנט נישט מיט קינדער און בחורים זיי זאלן זיך היטן פון עבירות, זיי זאלן זיין נזהר אין שמירת הברית... דאס דארפן מיר זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, אידישע קינדער ווילן זיין גוט, זיי ווייסן נישט וואס צו טון, מען לערנט נישט אויס פאר קינדער און בחורים וואס צו טון; אפילו די ערליכע מלמדים וואס רעדן שוין יא, רעדן אויך נישט קלאר, מען רעדט נאר מיט רמזים, מען זאגט פאר די קינדער אז מען דארף זיין ערליך און אפגעהיטן וכו'", קינדער פארשטייען נישט וואס מיינט וכו' וכו', מען דארף רעדן קלאר און דייטליך, מען זאל וויסן וואס מען טאר נישט טון.


עס איז ידוע אז דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער האט געהייסן אלע מלמדים זיי זאלן רעדן צו די קינדער וועגן שמירת הברית, עס איז געווען געוויסע רבנים ביי די אסיפת המלמדים וואס האבן גע'טענה'ט אז מען זאל נישט רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, ווייל אז מען וועט רעדן וועלן זיי וויסן וכו', האט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער געקלאפט אין טיש און געזאגט אז מען דארף יא רעדן, און אז מען רעדט נישט ווייסן נישט די קינדער בכלל פון וואס זיך צו היטן.


ביי יענע אסיפה האט ער דערציילט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו (פרק יח): אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב געטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - בערך צוויי הינדערט תלמידים; נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו דעם שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזיכט דעם מלמד אים צו טרעפן, האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן, צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן צו וויינען, איך האב זייער שטארק געוויינט 'פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים, זענען אלע געשטארבן', ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט, "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן..." האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן"; האט דער רבי זי"ע מסאטמער געזאגט פאר די מלמדים, דא זעט מען דער חיוב וואס מלמדים האבן צו רעדן צו קינדער פון וואס מען דארף זיך דערווייטערן.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט אין די לעצטערע יארן געהאט א מחלה לא עלינו אויפן פלאץ וואו מען גייט ארויס, ער האט געדארפט האבן א קאטערער ארויס צו גיין לצרכיו, און ער האט געהאט זייער שטארקע יסורים. האט דער הייליגע חתם סופר זי"ע געזאגט: "איך האב זיך מתבונן געווען פארוואס איך האב באקומען דעם שטראף, איך האב דאך קיינמאל נישט פוגם געווען בברית, נאר וויבאלד איך האב גערעדט צו ווייניג צו מיינע תלמידים פון שמירת הברית, איך פלעג רעדן נאר איין מאל א יאר ביי די 'כל נדרי דרשה' צו מיינע תלמידים פון שמירת הברית, דערפאר האב איך באקומען דעם עונש".


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל א תיקון אויף פגם הברית, זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פארעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי ער זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, דערפאר זאלסטו זען צו העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און זיי פארשפרייטן אויף די וועלט, אז נאך אידישע קינדער זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, און אונז שיקן משיח צדקינו, ער וועט אונז לערנען אז מיר אלע זאלן תשובה טון, און ער וועט אונז אויסלייזן פון אונזער ביטערן גלות, אמן.

#27 - איך האב עטליכע שווערע קינדער אין קלאס, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


מ'האט מיך אנגענומען דאס יאר אלס מלמד אין א נייע תלמוד תורה אין כיתה ז', ב"ה ס'איז זייער א פיינע קלאס מיט קינדער פון חשובע היימישע שטיבער, און אויך דער מנהל איז זייער גוט צו מיר, און ער רעספעקט מיין שווערע ארבעט וואס איך לייג אריין אין די קינדער.


איך האב אבער אפאר געציילטע קינדער וואס מאכן מיר זייער שווער, זייער הערן בכלל נישט צו וואס איך רעד צו זיי, נישט פאר שלעכטקייט נאר זיי הערן טאקע נישט, זיי זענען זייער פאר'חלומ'ט און זיי הערן פשוט נישט אז מ'האט גערעדט צו זיי, ביז ווען מ'זאגט אפאר מאל וועקן זיי זיך אויף.


אויך איז דא א קינד, גראדע מיט א גאנץ פיינע קעפל, אבער א גאנצן פארלערנען מאכט ער מיט די הענט כאילו ער שיסט יעצט באמבעס אויף איינעם און ער מאכט די גערודער ווי באמבעס פליען. איך האב געמיינט אנפאנג אז עפעס איז מיט אים נישט אין ארדענונג, אבער איך זע אז ס'פעלט אים ממש גארנישט, ער האט א פיינע קעפל און ביים שפילן איז ער פון די בעסטע, אויך דאס לערנען קען ער שנעל אויפכאפן, אבער אינמיטן פארלערנען פליט ער ערגעץ אוועק ואיננו.


איך האב שוין פרובירט אסאך מיטלען, אבער ס'גייט זייער שווער, ס'קוקט אויס ווי זייער מח איז בכלל נישטא. דער מנהל זאגט אז ס'איז אזוי ביי אסאך קינדער און זיי וואקסן עס אויף שפעטער, אבער מיר שטערט עס זייער שטארק, איך וויל אז יעדער קינד זאל מצליח זיין, איז דא עפעס אן עצה?


א גרויסן יישר כח.


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ראש חודש כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד דרדקי, לערנען תורה מיט תינוקת של בית רבן וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס. פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד וואס לייגט אריין אין קינדער תורה תפילה ויראת שמים. דערפאר זאלסטו זיך זייער מחזק זיין אז דו האסט אזויפיל זכותים אין הימל.


א מלמד דארף גוט עסן און גוט שלאפן אזוי ווי די הלכה איז (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה", א מלמד טאר נישט אויף זיין שפעט ביינאכט, כדי ער זאל נישט זיין מיד; ווייל אויב א מלמד איז מיד, ער איז נישט געשלאפן געהעריג, קען ער שנעל ווערן אויפגערעגט חס ושלום און ער קען צוקומען צו שלאגן וכו', אדער אז א מלמד עסט נישט געהעריג, ער איז הונגעריג, קען ער חס ושלום ווערן אנגעצויגן אויף די קינדער. דערפאר זאלסטו אכטונג געבן צו גיין שלאפן פרי אז דו זאלסט זיין גוט אויסגערוהט וועט דער גאנצער טאג דיר גיין גרינגער.


איך וויל דיר מיטטיילן א שיינע מעשה וואס וועט דיר צוניץ קומען; א מלמד האט זיך אויסגערעדט פאר זיינס א חבר אז ער האט א פראבלעם, ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיין כתה, יעדע ערב ראש חודש ווערן די קינדער אזוי שלעכט צו אים, זיי נעמען אים ממש ארויס פון די כלים ביז ער שלאגט זיי, "איך ווייס נישט פון וואו די קינדער ווייסן ווען עס איז ערב ראש חודש; א גאנצן חודש איז אלעס פיין און וואויל ביז עס קומט ערב ראש חודש, דעמאלט ווערן זיי געפערליך צעווילדעוועט וכו'"; דער חבר האט גלייך פארשטאנען אז עפעס גייט פאר מיטן מלמד אליין, נישט מיט די קינדער; פרעגט ער דעם מלמד: "זאג מיר, וואס איז דיין סדר היום יעדן ערב ראש חודש?" זאגט דער מלמד פאר זיין חבר: "יעדן ערב ראש חודש פיר איך מיר אז איך שטיי אויף גאר פרי און איך זאג אויס תהילים, אויך האב איך אן הנהגה נאך פון אלץ בחור צו פאסטן יעדן ערב ראש חודש וכו'", זאגט אים דער חבר: "שוין, דארפסט נישט מער רעדן, האסט שוין אלעס פארציילט; נישט די קינדער זענען די פראבלעם, די קינדער זענען טייערע קינדער, זאגסט דאך אליין אז זיי זענען וואויל א גאנצע חודש, נאר דער פראבלעם איז אז דו פאסט יעדן ערב ראש חודש, און אז מען עסט נישט ווערט מען שנעלער נערוועז וכו'. איך האב פאר דיר צוויי עצות, אדער הערסטו אויף צו פאסטן אזוי ווי די הלכה איז אז א מלמד טאר נישט פאסטן, אדער אויב דו ווילסט נישט אוועק גיין פון דיין מנהג, זאלסטו נעמען א צווייטער מלמד וואס זאל דיר איבער נעמען יעדן ערב ראש חודש".


א מלמד דארף וויסן א כלל, אמת טאקע, עס איז זייער וויכטיג צו גיין אויף שמחות פון משפחה וכו', אבער אזוי ווי יעדער איינער האט דאך געבענטשטע משפחות כן ירבו, עס קומט אויס כמעט יעדע וואך שמחות וכו', דארף א מלמד וויסן אז ער טאר נישט אריין גיין אין כתה אויב איז ער נישט גוט געשלאפן, ווייל מען קען חס ושלום פארשעמען א קינד בלויז ווייל מען איז מיד.


איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן א שיינע מעשה מיט א מלמד. די עלצטע כתה ביי אונז אין תלמוד תורה דאווענט שחרית און מנחה צוזאמען מיט די בחורים, איין טאג זע איך ווי א קינד זיצט און קייט גאם בשעת'ן דאווענען, איך טראכט צו מיר: 'איך וויל זען וואס דער מלמד גייט דא טון מיטן קינד וכו'', איך זע ווי דער קינד האלט אין איין קייען די גאם ביז דער מלמד האט דאס באמערקט, דער מלמד האט צוגערופן דעם אינגל, איך טראכט צו מיר: 'וואס קומט יעצט, א פראסק? א שריי?' אבער איך זע ווי דער מלמד רופט אים צו זייער נאנט צו זיך, ער בייגט זיך צו צו זיין אויער, און זאגט אים עפעס. דער קינד גייט ארויס פון שול, ער קומט צוריק אריין כאילו לא הי'. רוף איך צו דעם קינד, איך פרעג אים: "וואס האט דיין רבי דיר געזאגט שטילערהייט?" זאגט דער קינד: "מיין רבי האט מיר געזאגט, איך זאל ארויסגיין פון שול אויסשפייען מיין גאם און איך זאל אנהייבן דאווענען".


ווען דער מלמד וואלט ווען נישט געשלאפן יענע נאכט, וואלט ער נישט געהאט קיין ישוב הדעת, נאכן רופן דעם קינד וואלט ער אים דערלאנגט א פראסק, אדער א ציפ, אדער א שריי וכו', אבער וויבאלד דער מלמד איז געווען אויסגערוהט און רואיג וכו', האט ער שיין גערעדט צום קינד. ווען דער קינד גייט גרעסער ווערן און אויפוואקסן וועט ער געדענקען אז זיין רבי האט אים ליב געהאט, ער גייט געדענקען ווי שיין זיין רבי האט גערעדט צו אים, אז זיין רבי האט זיך גערעכנט מיט זיינע געפילן, דער קינד גייט בלייבן אן ערליכער איד. דערפאר, אז דו גייסט צו שמחות, דארפסטו נעמען א צווייטן מלמד זאל דיר איבער נעמען פארן קומענדיגן טאג, אדער זאלסטו אהיים גיין פרי פון די שמחה.


דאס וואס דו פרעגסט אז דו האסט א קינד אין דיין כתה וואס ווערט זייער פארטראכט אינמיטן לערנען, ער מאכט מיט די הענט כאילו ער שיסט מיט א גאן וכו'; דאס קומט פון קוקן מאוויס אדער שפילן געימס אויפן קאמפיוטער וכו'. עלטערן כאפן נישט אז ווען מען געבט פאר א קינד א קאמפיוטער צו שפילן דערויף געימס, נעמט דאס אוועק דעם מח פונעם קינד. ווען דער קינד זיצט אין חדר גייט דער קינד צוריק צו זיין קאמפיוטער, ער ווערט אזוי אריין געטון אין דעם אז ער פארגעסט זיך וואו ער זיצט, ער הייבט אן מאכן מיט די הענט ווי ער האלט א ביקס און ווי ער שיסט. דאס קומט פון קוקן מאוויס וואו מען שיסט וכו', אדער פון געימס וואס מען שפילט אויפן קאמפיוטער.


דערפאר, עלטערן וואס ווילן האבן נחת פון זייערע קינדער, עלטערן וואס ווילן אויפשטעלן א ערליכע שטוב, דארפן אכטונג געבן נישט אריין צו ברענגען אין שטוב א קאמפיוטער א.ד.ג.; ענדערש זאלן די קינדער טאנצן און שפרינגען, אדער שפילן מיט שפילצייג וכו', וואס דאס ציט זיי נישט אוועק זייער מח.


דיין שאלה וואס דו פרעגסט וכו'; קודם איז משמע אז דו פרעגסט וואס דו קענסט טון מיט דעם קינד ווייל ער שטערט דיר וכו', נאכדעם שרייבסטו אז עס טוט דיר וויי ווייל דו ווילסט אז דער קינד זאל מצליח זיין; דאס איז צוויי זאכן - ווען א קינד לערנט נישט, ער איז פאר'חלומ'ט, דאס איז איין זאך. נאכדעם איז דא א קינד וואס שטערט אנדערע - ער שטערט דעם מלמד, ער איז אן עזות פנים, דאס איז א צווייטע זאך.


א מלמד, א מחנך דארף וויסן דעם כלל, אזוי וועט ער מצליח זיין; ווען א קינד שטערט די כתה, דעמאלט קען נישט דער מלמד ווארטן ווי לאנג די גאנצע כתה וועט ווערן איבערגעדרייט, נאר מען דארף קנס'נען דעם קינד וכו'. אבער ווען דער קינד שטערט נישט די כתה, סך הכל האלט ער נישט מיט די לימודים, אדער ער דאווענט נישט וכו' - דאס איז שוין אן אנדערע מעשה, ביי דעם פאל דארף דער מלמד פרובירן אים צו משחד זיין וכו' נאכאמאל און נאכאמאל, דער מלמד דארף האבן סבלנות. אויב האט דער מלמד שוין פרובירט אלע וועגן, און מיט דעם אלעם זעט ער אז דער קינד האלט נישט מיט די לימודים וכו', דארף דער מלמד טון וואס די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה, הלכות מלמדים, סימן רמה, סעיף ט): "אֲפִילוּ תִּינוֹק שֶׁאֵינוֹ מֵבִין לִקְרוֹת, לֹא יְסַלְּקוּהוּ מִשָּׁם", אפילו א קינד וואס פארשטייט נישט וואס מען לערנט, זאל מען אים נישט אוועק שיקן, "אֶלָּא יֵשֵׁב עִם הָאֲחֵרִים, אוּלַי יָבִין", ער זאל בלייבן זיצן מיט די קינדער וואס פארשטיין יא, אפשר וועט ער יא זוכה זיין צו פארשטיין.


דאס איז ווען דער קינד האלט נישט מיט, אבער אז א קינד שטערט די גאנצע כתה, מען קען נישט אנגיין מיט די לערנען וכו', דעמאלט איז עפעס אנדערש, דעמאלט דארף מען אכטונג געבן ער זאל נישט שטערן.


געווענליך די קינדער וואס מאכן פראבלעמען פאר זייער מלמד, זענען בדרך כלל זייער צעבראכנע קינדער. קיינער קוקט נישט אויף זיי, זיי באקומען נישט קיין שום אויפמערקזאמקייט, זוכן זיי אויף א נישט גוטע וועג מען זאל קוקן אויף זיי, דארפאר זוכן זיי צו שטערן דעם מלמד פון פארלערנען, ווייל דעמאלט איז די איינציגסטע צייט וואס אנדערע קינדער וועלן לאכן צו זיי און זיי וועלן באקומען תשומת לב. ווען מען נעמט אפיר די סארט קינדער, מען רעדט צו זיי פריוואט, זעט מען אז זיי זענען זייער צעבראכענע קינדער, זיי ווילן נישט זיין שלעכט, זיי שטערן נישט להכעיס, זיי טוהן דאס אומוועלנדיג נאר כדי צו געוואונען אביסל אויפמערקזאמקייט.


א קלוגער מלמד נעמט די קינדער וואס זענען חברה לייט אז זיי זאלן אים העלפן, אזוי שפארט ער זיך איין אסאך קאפ וויי. ווייל איינמאל מען געוואונט זיי, דער מלמד האט זיי אויף זיין זייט, דעמאלט טוישט זיך אלעס און זיי זוכן נאר צו זיין מיט זייער רבי אויף איין זייט.


פארשטייט זיך אז אן תפילה ניצט גארנישט, מען קען וויסן אלע עצות, אלע חכמות, אבער אן תפילה, אן דעם אייבערשטן - קען מען גארנישט טון. דערפאר דארף מען אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן תלמידים הגונים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות למוד, סימן ע): "צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל, שֶׁיִּזְכֶּה לְתַלְמִידִים הֲגוּנִים", א מלמד דארף בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו ערליכע תלמידים, וואוילע תלמידים - ווייל אן תפילה גייט גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#26 - ווי אזוי ברענגט מען אריין אין קינדער א געשמאק אין אידישקייט?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כיתה ט' מלמד אין א מוסד אין בארא פארק, איך פרוביר צו רעדן אסאך צו די קינדער מוסר און התעוררות, אויך רעד איך אסאך פון אמונה און אמונת צדיקים. לויט וויפיל ס'איז ערלויבט אין די מוסד.


איך שמועס אסאך מיט די קינדער, און איין זאך טוט מיר מורא'דיג וויי, איך זע אז אפילו די גאר גוטע און ערליכע קינדער שפירן אז אידישקייט איז א פרעשור'דיגע זאך, זיי זאגן אפן אז זיי וואלטן זיך געפריידט נישט צו האבן קיין עול, נאר זיי פארשטייען אז זיי האבן נישט קיין ברירה.


פארוואס שפירן נישט די קינדער א שטאלץ צו זיין א איד? און ווי אזוי קען מען אריינברענגען אין זיי יא צו שפירן אז זיי זענען העכער ווי א גוי, און נישט מיינען אז דער גוי האט א בעסערע לעבן?


איך דאווען פון צייט צו צייט אין א געוויסע שול אין מיין געגענט, און אפילו די מתפללים דארט זענען נישט אזוי פרום ווי איך בין, אבער איך זע אז זיי שפירן זיך זייער גרויס מיט זייער אידישקייט ממש להפליא (לדוגמא ווען איינער האט א קינד פרייען זיך אלע און יעדער זאגט "ב"ה נאך א איד אויף די וועלט". און סוכות מאכט מען א גאנצע טראסק פון די לולב אז דידן נצח אז אידן זענען די געווינער. און אזוי ביי יעדע פרט) איך פארשטיי נישט וואס ס'מאכט זיי פילן אזוי שטארק, און פארוואס ביי אונז איז עס נישטא?


א גרויסן דאנק.


ישראל חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס, פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד; ביי די וועלט איז א מלמד נישט אזא חשוב'ע שטעלע, נישט נאר ביי סתם מענטשן איז א מלמד אראפ געקוקט, נאר ביי דעם מלמד אליינס איז דאס גאנצע מלמדות אן אראפגעקוקטע זאך. די מלמדים קומען אין חדר זייענדיג זייער אראפ געקלאפט ביי זיך אז זיי האבן אזא ארבעט וכו', אבער עס איז נישט אזוי, מלמדות איז זייער א הייליגע ארבעט, און אן אחריות'דיגע ארבעט, ווייל א מלמד קען אויפהייבן קינדער און זיי אויפבויען פאר זייער גאנצן לעבן, און פארקערט אויך - ער קען נעמען א קינד און אים אזוי אראפ קלאפן, אז דער קינד זאל בלייבן א צעקלאפטע נשמה אויף זיין גאנץ לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זייער אסאך רעדן פון דאס גרויסקייט פון מלמדים, און ער האט געשריבן זייער אסאך ספרים פאר מלמדים - סיי זיי מחזק צו זיין זיי זאלן וויסן אז זיי האבן דאס חשוב'סטע ארבעט, און פון די אנדערע זייט זיי זאלן וויסן ווי הארב עס איז צו זיין א מלמד, אויב מען טוט נישט די ארבעט אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דערפאר זאלסטו זיך זייער מחיה זיין און זיך פרייען אז דו האסט די זכיה צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער; מיר האבן היינט אינעם דף גמרא (סנהדרין צב): "אָמַר רַב שֵׁשֶׁת כָּל הַמְלַמֵּד תּוֹרָה בָּעוֹלָם הַזֶּה, זוֹכָה וּמְלַמְּדָהּ לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס איז זוכה צו לערנען תורה פאר תלמידים אויף דער וועלט, וועט אויך זוכה זיין צו לערנען בעולם הבא, און מען איז זוכה צו אלע ברכות וואס יוסף הצדיק האט זוכה געווען, שֶׁנֶּאֱמַר (משלי יא, כו): "וּבְרָכָה לְרֹאשׁ מַשְׁבִּיר", עיין שם.


מוצאי שבת איז געווען די יארצייט פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו; ביי מלוה מלכה האב איך פארגעליינט וואונדערליכע מעשיות פון דעם גרויסן צדיק, און איין מעשה איז מיר זייער אריין אין די ביינער. עס איז געקומען א איד צום הייליגן ריבינצער רבי אז מען האט אנדעקט ביי אים א שרעקליכע מחלה לא עלינו, און די דאקטורים האבן אויפגעגעבן אויף זיין לעבן, און ער האט זיך געבעטן פאר א ברכה, אבער דער צדיק האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים. דער איד איז ארויס בפחי נפש, ער האט פארשטאנען אז עס איז מער נישט דא וואס צו טון, די גבאים האבן זייער רחמנות געהאט אויף דעם איד, האבן זיי אנגעפאנגען מוטשען דעם צדיק ער זאל געבן א ברכה פאר דעם איד, זיי האבן אים געזאגט: "רבי, דער איד איז א מלמד פאר קינדער שוין צוואנציג יאר", האט דער צדיק זיך אויסגעדרייט און געפרעגט: "ער איז א מלמד?" האבן זיי געזאגט פארן צדיק: "יא, ער איז א מלמד, און ער דארף א רפואה". דער ריבניצער רבי איז ארויס געלאפן אויפן גאס, און ער האט אנגעפאנגען נאך לויפן דעם איד, ביז ער האט אים געטראפן, און ער פרעגט אים: "איר זענט א מלמד שוין צוואנציג יאר?" זאגט דער איד: "יא", פרעגט אים דער צדיק: "אויב דו וועסט ווערן געזונט, וועסטו ווייטער ממשיך זיין פאר נאך צוואנציג יאר צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער?" זאגט דער איד: "יא; איך זאג צו, אויב איך ווער געזונט גיי איך צוריק אין חדר פאר נאך צוואנציג יאר", הערנדיג דאס האט אים דער ריבניצער רבי געגעבן א ברכה, און דער איד איז אויסגעהיילט געווארן, און ער איז געווען א מלמד פאר נאך צוואנציג יאר; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא; פון איין זייט איז זייער הייליג און חשוב צו זיין א מלמד, אבער פון דער אנדערע זייט דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען די קינדער. געב זייער אכטונג נישט צו פארשעמען קיין שום קינד, בפרט די קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, וואס בדרך כלל טשעפעט מען זיי און מען פארשעמט זיי - ווייל מען ווייסט אז קיינער וועט נישט פארהאלטן וכו', זיי דארף מען מחזק זיין און געבן גוטע ווערטער יעדן טאג אן א שיעור.


איך געדענק ווען איך האב געעפענט די ישיבה, האב איך געפרעגט מוהרא"ש וואס איך זאל טון מיט די בחורים וואס די עלטערן ווילן נישט צאלן שכר לימוד, צי איך זאל אהיים שיקן די בחורים, האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "דו זאלסט קיינמאל נישט אהיים שיקן א בחור; דער אייבערשטער וועט דיר געבן שכר לימוד פאר די בחורים"; דאס זעלבע זאג איך דיר: האב רחמנות אויף די קינדער וואס ברענגען נישט קיין טיפס, דער אייבערשטער וועט דיר געבן טיפס פאר די קינדער. ווען דו זעסט קינדער וואס די עלטערן שיקן נישט קיין טיפס, זיי מאכן זיך נישט וויסענדיג פון דיר, דאס אליין דארף דיר געבן א שטופ צו טראכטן אז די קינדער דארף מען מער מחזק זיין, ווייל די קינדער האבן עלטערן וואס מאכן זיך נישט וויסענדיג, און שרייבן נישט קיין צעטלעך, און מען הערט נישט פון זיי וכו' וכו', און זיי ברענגען נישט קיין חנוכה געלט און פורים געלט, דאס דארף דיר געבן רחמנות געפילן אויף די סארט קינדער אז דו זאלסט זיך זארגן פאר זיי, און זיין ווי א טאטע פאר זיי.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:):"כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; פשט דערפון איז, אז איינער וואס לערנט תורה מיט א צווייטענס קינד דארף טראכטן ביי זיך: 'דאס איז מיין קינד'; און נאר אזוי קען ער מצליח זיין מיט די תלמידים. עס זענען דא מלמדים רוצחים וואס פארשעמען די קינדער, זיי שלאגן, ציפן וכו' וכו'; זיי מיינען אז עס איז הפקר וועלט, אבער עס גייט אריבער א פאר יאר, און נאכדעם באצאלט מען מיט די אייגענע קינדער בכפל כפליים.


דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט אכטונג געבן אויף די קינדער; קינדער זענען נישט קיין מאשינען וואס דארפן קומען און גיין ווי די 'לאנדענע סאלדאטן'. א קינד איז א קינד, און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף זיי; וואויל איז פאר א מלמד וואס געבט אכטונג אויף זיינע תלמידים אזוי ווי מען געבט אכטונג אויף די אייגענע קינדער, דער באשעפער וועט אים באצאלן מיט זיינע קינדער אז מען וועט זען אסאך נחת פון זיי.


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי מען קען אריין לייגן אין די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן, און א ליבשאפט צו די תורה; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען ווען ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק; בפרט אז מען פארציילט מעשיות פון צדיקים פאר קינדער האט דאס א שטארקע השפעה אויפן קינד, ווייל ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


דער רבי האט פארציילט ווי אזוי האט ער זוכה געווען אנצוהייבן דינען דעם אייבערשטן, אז דאס האט זיך אנגהויבן דורך דעם וואס ער האט געהערט מעשיות פון צדיקים; דעם רבינ'ס מאמע פיגא האט גע'ירש'נט די הויז פון איר מאמע - די צדיקת אדל, דעם הייליגן בעל שם טוב'ס טאכטער, וואס זי האט גע'ירש'נט דאס הויז פון איר טאטע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. אין דעם הויז איז דער הייליגער רבי געבוירן געווארן, און ווען די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב פלעגן קומען קיין מעזיבוז צום ציון פון זייער רבי - דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, פלעגן זיי אריין גיין אין הויז פון בעל שם טוב, און זיך דערמאנען די צייטן וואס זיי פלעגן זיין ביים בעל שם טוב זי"ע און זיי פלעגן שמועסן צווישן זיך פון זייער גרויסער רבי. דער רבי איז געווען א קליין אינגל דעמאלט, און ער פלעגט אויסהערן די שמועסן פון די קדושי עליון, די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב זי"ע.


איינמאל האט דער רבי געהערט פארציילן די מעשה ווי אזוי דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן, אז זיין מאמע שרה איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב זי"ע און זי איז גלייך נאכדעם נפטר געווארן, און ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, איך בעט דיר זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם, דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", און אזוי איז נפטר געווארן דעם בעל שם טוב'ס טאטע.


אזוי איז דער בעל שם טוב אלט זייענדיג פינף יאר געווארן א קיילעכדיגער יתום, און איז געווען איינער אליינס אין א גרויסע וועלט. אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער: "ישראליק! זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם, דו ביסט נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", אזוי איז ער אויף געוואקסן, און וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל שפאצירט ער אין פעלד און זינגט זיך צום אייבערשטן, און ער זעט ווי עס קומט צו גיין א איד מיט א ווייסע בארד, און דער איד שטעלט זיך אפ און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליינס אין וואלד?" רופט זיך אן צו אים ישראליק: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער איז בכלל נישט דא", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ". (וואס באמת שטייט דארט מען זאל נישט אזוי זאגן, אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, און מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


און דער מענטש האט אנגעפאנגען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן טיפוש האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", און פלוצלינג זעט דער בעל שם טוב גארנישט, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם ס"ם.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווי מען פארציילט עס אין זיין הויז ווען ער איז נאך געווען א קליין אינגל. גלייך ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: "געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?" און דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און ער איז געגענגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'". ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


זעט מען פון דעם, אז ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, דאס פלאקערט אים אויף זיין הארץ צו ווערן א גרויסער צדיק.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט די מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא", האט אים דער צאנזער רב געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב זי"ע: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט מוסר, צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דערפאר, אז דו פרעגסט ווי אזוי מען לייגט אריין אין קינדער אמונה און ליבשאפט צו די תורה, דורך דעם וואס מען פארציילט זיי סיפורי צדיקים, ווי אזוי זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, ווי אזוי זיי האבן געלעבט מיטן אייבערשטן, און ווי אזוי זיי האבן זיך נישט דערשראקן ווען עס איז נישט געגאנגען ווי אזוי זיי האבן געוואלט.


ועל כולם דארף א מלמד אסאך טרערן פארגיסן צום אייבערשטן אז אלע זיינע תלמידים זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן יראי ה'.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קענען אריין לייגן אין די קינדער אמונה פשוטה ויראת שמים, און דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#25 - פארוואס ווארפט א קינד צוריק א קאמפלימענט?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מוהרא"ש, שמחה, מלמדים, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך נוץ ברוך ה' די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז ווי אזוי מחנך צו זיין די טייערע קינדערלעך.


איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, עס זענען דא קינדער וואס ווען איך געב זיי א קאמפלימענט, "דו ביסט זייער א וואויל אינגל", וועלן זיי אלץ ענטפערן, "איך בין נישט א גוטע אינגל"; אדער צום ביישפיל ווען איך זאג איינעם, "דו קענסט זייער שיין מאלן און קאלירן", וועט ער צוריק זאגן, "נישט אמת, איך קען נישט, איך קאליר זייער נישט שיין", און דאס גלייכן.


פון וואס קומט דאס? און ווי אזוי דארף איך רעאגירן צו דעם, אדער זאל איך זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט, וואס איז פשט אז מען געבט א גוט ווארט פאר א קינד און ער זאגט: "דאס איז נישט אמת"?


עס קען זיין אפאר סיבות; אדער אז דער קינד האט אסאך געהערט שלעכטע ווערטער, עס קלינגט אים אין קאפ 'ביסט נישט גוט, ביסט א שלעכט קינד', און יעצט ווען ער באקומט א גוט ווארט, מען זאגט אים "ביסט גוט" - קלינגט אים די נישט גוטע ווערטער, דערפאר ווארפט ער דאס צוריק. אויך קען זיין אז מען איז מחנך קינדער מיט שקר, מען זאגט זיי שטענדיג "זיי ווי דעם קינד", "פארוואס ביסטו נישט ווי יענעם?" "איך וויל דו זאלסט זיין ווי דעם קרוב, דעם שכן"; איז אפילו מען זאגט אים נישט דירעקט אז ער איז שלעכט, ווייסט ער אבער ביי זיך 'כל זמן איך בין נישט ווי יענעם - בין איך שלעכט'.


אמאל קען אויך זיין א קינד וואס איז זייער הונגעריג פאר די גוט ווארט, און ער וויל דאס נאכאמאל הערן, דעריבער מאכט ער דאס אוועק, ער האפט אז מען וועט אים דאס נאכאמאל זאגן.


ווער נישט דערשראקן ווען א קינד ווארפט צוריק דעם גוט ווארט, געב א שמייכל און זאג אים נאך עפעס א גוט ווארט, ווייל גוטע ווערטער איז פון די וויכטיגסטע זאכן פארן לעבן, בפרט פאר קינדער, די גוטע ווערטער עפנט זייער מח און הארץ.


אויך זאלסטו שמייכלען צו דיינע תלמידים; דאס וועט זיי עפענען די מח און הארץ, זיי וועלן קענען מקבל זיין וואס דו לערנסט מיט זיי.


מוהרא"ש האט מיר אלץ געזאגט: "דו ביסט צו ערנסט, דיינע תלמידים וועלן זיך דערשרעקן און נישט קענען מקבל זיין", (ווען איך פלעג קומען צו מוהרא"ש - בין איך אלץ געקומען מיט אן ערנסטקייט). אזויפיל מאל האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "געב א שמייכל, זינג מיט דיינע תלמידים, מאך זיי פרייליך", נאר אזוי איז דא מוחין מקבל צו זיין וואס מען לערנט מיט זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - ווי אזוי איז מען מחנך קינדער צו רעדן איידל?
חינוך הילדים, קדושה, ניבול פה, מלמדים, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די געוואלדיגע און געשמאקע חיזוק וואס איך באקום כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך ארבעט אלס מלמד, און איך האב באקומען גאר א שווערע קלאס, גאר ווילדע און שווערע קינדער, און עס מיר זייער שווער זיי מחנך צו זיין, ספעציעל נישט צו רעדן אינמיטן דאווענען, און נישט צו רעדן מיאוס'ע ווערטער און שעלט ווערטער וכדומה. איך בין מתפלל יעדן טאג אויף דעם, אבער עס איז מיר שווער זיך צו דערהאלטן.


היינט אינדערפרי אויפ'ן וועג צו חדר האב איך געליינט דעם חינוך גליון פון ראש ישיבה שליט"א, איך האב געליינט דארט אז פאר קינדער דארף מען איבערזאגן יעדע זאך טויזנט מאל ביז זיי פארשטייען און כאפן עס, און דאס האט מיר געגעבן אסאך חיזוק און האפענונג. איך האב איבערגעזאגט דער ראש ישיבה שליט"א'ס ווערטער אין מלמדים שטיבל פאר די אנדערע מלמדים, און דאס האט זיי אויך שטארק מחזק געווען.


דער אייבערשטער זאל געבן ווייטער אסאך כח און מח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט מיט אידישע קינדער תורה ויראת שמים, נישטא קיין גרעסערע זאך אויף די וועלט ווי לערנען מיט קינדער תורה ויראת שמים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד', אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", דאס מיינט מען די מלמדים וואס לערנען מיט קינדער, זיי וועלן שיינען ווי די שטערנס.


דאס איז די ארבעט פון א מלמד, רעדן און רעדן ביז מען פועל'ט. מען דארף האבן אסאך סבלנות, ווייל מען זעט נישט אלץ גלייך וואס מען טוט אויף, אבער יעדע ווארט וואס מען רעדט צו די קינדער טוט אויף, עס גייט אריין אין זיי און עס פועל'ט.


רעד צו די קינדער אסאך פון קדושה, און אז זיי זאלן זיך אכטונג געבן נישט צו רעדן ניבול פה. יעצט איז די צייט זיי אויסצולערנען זיך אכטונג געבן נישט צו רעדן ניבול פה. חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יג): "מַעֲשֶׂה בְּאָדָם אֶחָד שֶׁהָיָה עוֹמֵד הוּא וּבְנוֹ בְּבֵית הַכְּנֶסֶת, וְכָל הָעָם הָיוּ עוֹנִין אָמֵן וְהַלְלוּיָהּ אַחַר הָעוֹבֵר לִפְנֵי הַתֵּיבָה, וּבְנוֹ עוֹנֶה דְּבָרִים שֶׁל תִּפְלוּת, וְלֹא אָמַר לוֹ אָבִיו שׁוּם דָּבָר", עס איז געווען אמאל יום טוב סוכות אין שול, אלע מתפללים האבן שיין געדאווענט הלל, און עס איז געווען א איד וואס זיין זון האט נישט געדאווענט און נישט געזאגט הלל, נאר ער האט גערעדט ניבול פה וכו' אין שול הויך פאר אלעמען, "וְאָמְרוּ לוֹ הַבְּרִיּוֹת שֶׁיִּמְחֶה בִּבְנוֹ", מענטשן זענען געגאנגען רעדן צו דעם איד ער זאל אכטונג געבן אויף זיין זון, מען האט אים געזאגט: "געב אכטונג אויף דיין זון, ער דאווענט נישט און ער רעדט שמוציג וכו'", דער איד האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, "וְהֵשִׁיב וְאָמַר לָהֶם: 'מָה אֶעֱשֶׂה לוֹ, תִּינוֹק הוּא, יְשַׂחֵק'", ער האט געזאגט עס איז גארנישט, ער איז נאך א קינד, "שׁוּב לְמָחָר עָשָׂה כֵּן, כָּל אוֹתָן יְמֵי הֶחָג עָנָה בְּנוֹ דְּבָרִים שֶׁל תִּפְלוּת וְלֹא אָמַר לוֹ אָבִיו שׁוּם דָּבָר", אזוי איז געווען א גאנץ יום טוב סוכות, טאג נאך טאג, מען האט אים געבעטן ער זאל אכטונג געבן אויף זיינע קינדער, אבער ער האט אלץ געזאגט עס איז גארנישט, ער איז נאך א קינד, "לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה לֹא שְׁנִיָּה וְלֹא שְׁלִישִׁית עַד שֶׁמֵּתוּ אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו וּבֶן בְּנוֹ וְיָצְאוּ לוֹ חֲמֵשׁ עֶשְׂרֵה נְפָשׁוֹת בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ, וְלֹא נִשְׁתַּיֵּר לוֹ אֶלָּא שְׁנֵי בָּנִים, אֶחָד חִגֵּר וְסוּמָא וְאֶחָד שׁוֹטֶה וְרָשָׁע", פירט אויס אליהו הנביא, עס איז נישט אריבער אפאר יאר ביז זיין גאנצע משפחה איז אים אויסגעשטארבן און עס איז נאר געבליבן צוויי קינדער - איינער א בלינדער און א הינקעדיגער, און א קינד א שוטה א רשע; זעט מען פון דעם אז מען דארף מחנך זיין קינדער אפילו ווען זיי זענען נאך גאר קליין.


(עס איז וויכטיג צו וויסן, ווען מען רעדט צו קינדער פון קדושה - דארף מען רעדן מיט פייער און התלהבות, מען מוז דאס רעדן מיט א שטארקקייט, אז נישט קען זיין יצא שכרו בהפסידו, עס קען ווערן א ליצנות, השם ישמרינו).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס פארשטייט נישט דאס לערנען?
חינוך הילדים, סבלנות, מלמדים, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך האב א קינד אין מיין קלאס וואס פרובירט זייער שטארק צו לערנען און מיטהאלטן, אבער עס גייט אים נעבעך נישט; וואס קען איך טון מיט אזא קינד? וויפיל איך פרוביר אים מסביר צו זיין, ווייסט ער בכלל נישט וואס איך וויל פון אים, איך זאג אים איבער נאכאמאל און נאכאמאל, און ביז ער כאפט שוין ענדליך א זאך, האט ער שוין פארגעסן די פריערדיגע זאכן.


נאך א זאך, איך מאך בחינות אין קלאס, און די קינדער האבן שטארק הנאה דערפון, און א קינד וואס פארשטייט שווער לערן איך מיט אים די שאלה און די תשובה, און ער שרייבט עס אראפ. איך בין מקפיד אז ווען איך צייכן די בחינות זאל קיינער נישט קוקן און נישט קומען צו מיין טיש, נאר דער קינד וועמענ'ס בחינה עס איז מעג מיטהאלטן, און פארגאנגענע וואך האב איך צוגעשריבן א קאמפלימענט אויף די בחינה פון אזא קינד, "ביסט ווערד מיליאנען!!!", און אזוי ווי דאס קינד מוטשעט זיך היבש, האט ער ממש געוויינט פון פרייד און התרגשות, אז דער רבי האט געשריבן אויף אים אזא שיינע קאמפלימענט, ער קען זיך נישט בארואיגן פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אכטונג אויף די געפילן פון די קינדער, דו געבסט זיי גוטע ווערטער, דו בויסט אויף זייער נפש; דאס איז ביים אייבערשטן אזוי טייער און אזוי דערהויבן.


האב סבלנות צו די קינדער, און אז א קינד פארשטייט נישט - זאלסטו אים נישט פארשעמען, און אז ער וויל פארשטיין - זאלסטו לערנען מיט אים, און אז ער פרעגט נאכאמאל - זאלסטו אים נאכאמאל זאגן; דאס איז אויב דער קינד בעט דיר זאלסט מיט אים לערנען, און אויב דער קינד בעט נישט - זאלסטו אים נישט מוטשען צו פארשטיין, נאר לאז אים זיצן אין כיתה. אזוי ווי די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמה, סעיף ט): "אֲפִלּוּ תִּינוֹק שֶׁאֵינוֹ מֵבִין לִקְרוֹת", א קינד וואס פארשטייט נישט, "לֹא יְסַלְּקוּהוּ מִשָּׁם", זאל מען נישט אוועק שיקן, "אֶלָּא יֵשֵׁב עִם הָאֲחֵרִים", מען זאל אים לאזן זיצן מיט די קינדער, "אוּלַי יָבִין", וועט ער פארשטיין.


געב אלע קינדער גוטע ווערטער, זאג יעדן איינעם שטילערהייט: "דו ביסט מיין בעסטער תלמיד", און אויב די קינדער וועלן דיר פרעגן: "דער רבי זאגט עס פאר נאך קינדער..." זאלסטו זיי זאגן: "אמת, איך האב נאר בעסטע תלמידים", און פאר די קינדער וואס האבן נישט קיין שטארקע הבנה, זיי זאלסטו נאך מער מקרב זיין און זיי אויפבויען, דאס וועט זיי געבן כח פאר זייער גאנצע לעבן, זיך צו קענען שלאגן מיט די שווערע ביטערע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - פארוואס אין חדר בין איך מצליח, און אינדערהיים נישט?
שלום בית, חינוך הילדים, סבלנות, אידישע שטוב, התבודדות, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וועל גלייך צוגיין צום ענין, איך בין א מלמד ברוך ה', און ביי מיר אין כיתה איז מורא'דיג געשמאק און פאזיטיוו, אלע זענען פרייליך, איך לויב און רום יעדן אויס, איך שמייכל צו יעדן, איך לערן ברוך ה' פאר מיט געשמאק, איך פאלג וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט פאר די מלמדים.


וואס זאל איך אבער טון אז ביי מיר אין שטוב איז חושך ענן וערפל, איך שריי אויף די קינדער, איך הער נישט אויף טיילן פסקים. דעם יום טוב האב איך עטליכע מאל געשלאגן מיין זון, און איין מאל מיין טאכטער.
עס הייבט זיך אן אז מיין זון איז נישט דרך ארץ'דיג, און מיין טאכטער זאגט יעדע מינוט "ניין" פאר מיין ווייב און פאר מיר. און ווי נאר עס ווערט נישט פרייליך אינדערהיים, בין איך מקפיד אויף יעדע זאך, עס ווערט אנגעצויגן.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר פרעגן, "פארוואס טאקע איז דאס אזוי?", איך בין נישט אזוי קלוג זיך אליין ארויס צו האבן, צי עס האט מיט דעם אז מיין ווייב איז נישט איינשטימיג מיט מיר און זי שעצט מיר נישט, דערפאר איז מיין מח ענג און אינדערהיים פארליר איך דעם שמייכל, און די לופט ווערט אנגעצויגן, בכלל שפיר איך ווי ביי די חינוך שיעורים בין איך מער קלאר וואס איך האב צו טון, דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אראפ דעם שפראך ווי אזוי מען זאל רעדן צו די קינדער, אבער ביי די שיעורים פון שלום בית איז עס נישט אזוי בפרטיות, דער ראש ישיבה געבט נישט דעם משל ווי אזוי צו האלטן א שטוב פאזיטיוו און פרייליך, וואס צו זאגן פאר די ווייב און ווי אזוי מען קומט אהיים, וואס זאגט מען מיט א שמייכל, מער קלארער. אדער קען זיין אז אין חדר איז עס אביסל 'געמאכט', 'כלומר'שט', מען מאכט א שמייכל און מען גריסט יעדן מען רימט יעדן וכו', ווידער אינדערהיים איז עס צו אמת'דיג? עס איז נישטא די אראפגעלאזקייט צו שמייכלען וכו'. אויך קען זיין אז איך האב פשוט נישט קיין אנונג פון וואס דאס קומט.


ברוך ה' אז דער ראש ישיבה שליט"א האט ביי יעדע בריוו צוגעטראפן קלארער מיין מצב ווי איך אליינס, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א העלפן ביטע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חינוך הבנים והבנות איז נישט קיין גרינגע זאך, עס איז פון די שווערסטע עבודות, מען דארף האבן אייזערנע נערווען זיך צו קענען האלטן רואיג און פרייליך, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, בפרט ווען עס קומט יום טוב ווען מען זיצט א גאנצע וואך אין שטוב מיט די קינדער, נאך א סעודה און נאך א סעודה, דארף מען אסאך בעטן דעם איבערשטן מען זאל בלייבן פרייליך און וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, ווען צו זאגן, וויפיל צו זאגן און ווי אזוי צו זאגן.


הדבר הראשון זאלסטו מער נישט נוצן קיין הענט, נישטא אזא זאך שלאגן קינדער, דער רבי איז געווען זייער שטרענג אויף דעם, מען זאל נישט שלאגן די קינדער. דער רבי האט געזאגט: "וואס מען פועל'ט מיט שלעכטס וואלט מען געקענט בעסער און גרינגער פועל'ן מיט גוטנס", געענדיגט מיט נוצן הענט, נוץ די הענט נאר צו גלעטן און צו קניפן אין בעקל, געענדיגט מיט שלאגן.


שנית זאלסטו זיך נישט אראפקלאפן, אפילו דיין ווייב איז מיט דיר נישט איינשטימיג, זי האט איר גאנג וכו', זאל דיר דאס נישט אראפווארפן; איי וועסטו פרעגן ווי אזוי מאכט מען דאס? ווי קען מען זיין בגדלות המוחין אז מען לעבט מיט א ווייב וואס איז מזלזל? דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פב), ווען מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די רצון השם, מען האט ליב די ווייב ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, נישט ווייל מען גייט צוריק באקומען פון איר עפעס, און נישט ווייל זי וועט זיין שיין צו מיר און רעדן שיין, נאר ווייל דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די פרוי און מיט איר האב איך קינדער, וועל איך איר ליב האבן - דעמאלט - זאגט דער רבי - ווערט די ווייב בטל צום מאן און מען קען לעבן א חיים טובים.


קלאפ זיך נישט אראפ, ערווארט נישט גארנישט פון דיין ווייב, און אז דיינע קינדער פאלגן נישט, זאלסטו זיי זאגן מיט ליבשאפט: "דער אייבערשטער זאגט מען דארף פאלגן א טאטע און מאמע, און אז מען פאלגט א טאטע און מאמע באקומט מען א גרויסע שכר", די ווערטער זאלסטו זיי זאגן מיט ליבשאפט, (מיט א שטרענגע פנים אבער מיט ליבשאפט).


ועל כולם גיי יעדן אינדערפרי וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים איבער און בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין, בעט אים ער זאל דיר געבן ליבשאפט, דיר ווייזן אז ער האט דיך ליב, דערצייל אים ווי שטארק דו ביסט צעקלאפט ביי דיר, דערצייל אים ווי דו שפירסט זיך ווי א שמאטע וכו' וכו', בעט אים ער זאל דיר מאכן שפירן גוט, דו זאלסט האבן א שטארקע אמונה און געדענקען אז מען גייט שוין באלד צוריק אהיים און מען נעמט גארנישט מיט, מען נעמט מיט נאר מצוות און מעשים טובים און די דורות וואס מען לאזט איבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - פארוואס האט איין קינד מער חן ביי מיר ווי אנדערע?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אזוי סאך שרייבן, און איך מיין אז טאקע צוליב דעם שרייב איך גארנישט, ווייל איך וויל שרייבן לאנגע בריוון און איך קום נישט אן, וועל איך אי"ה שרייבן קורץ.


איך בין א מלמד, און איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן איך זאל ליב האבן אלע קינדער אייניג, יעדער זאל האבן חן אין מיין אויגן, און איך זאל נישט מאכן א חילוק צווישן איין קינד און צווייטן, איך ווייס אז קיינער וועט מיר נישט קענען ענטפערן אויף מיין יעצטיגע שאלה דער איינציגסטער אויף די וועלט איז דער ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געהערט שארפע דרשות פאר מחנכים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז עס איז נישטא אזא זאך פון מאכן א חילוק צווישן איין קינד און אן אנדערן, פון א קינד מיט חן און א קינד אן חן, למעשה יעדעס יאר בלייב איך שטעקן מיט דעם זעלבן פראבלעם, א קינד וואס האט א שיין פנים, ער איז קלוג און געפיליש, הייבט מיין הארץ אן ציען צו אים, איך וויל שמועסן מיט אים, רעדן צו אים, אים געבן גוטע ווערטער.


איך שפיר זיך ווי א קליין קינד פון פיר יאר אלט, בשעת'ן שרייבן טראכט איך צו מיר ווי נאריש דאס איז, אבער איך דערמאן זיך צוריק ווי פאר אפאר שעה צוריק האב איך געגלעט אזא סארט אינגל.


וואס איז מיט דעם נושא, איז דאס א פראבלעם? אדער ווי לאנג איך געב זיך אפ מיט אלע קינדער, נאר מיט דעם קינד מער ווי אנדערע, און איך בא'עוול נישט קיינעם צוליב דעם קינד, איך מאך אים נישט אנדערש אין קלאס, נאר ביי ריסעס קען איך אים צורופן (ער קומט ממילא נעבן מיין טיש, ווייל ער איז געזונט אין נאטור ער וויל רעדן צו מיר) זאל איך עס לאזן לויפן אזוי ווי עס גייט ביז אהער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד און דו מאכסט נישט קיין אויסנאם, דו באגייסט זיך אייניג מיט אלע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז געווען א טרוקעניש און א פשוט'ער איד האט געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל גיין א רעגן, און זיינע תפילות זענען אנגענומען געווארן, האט אים רב געפרעגט: "וואס האסטו די זכי' אז דיינע תפילות ווערן אנגענומען?" זאגט ער: "מיקרי דרדקי אנא ומקרינא לבני עניי כבני עתירי", איך בין א מלמד און איך מאך נישט קיין חילוק צווישן קינדער פון רייכע עלטערן און קינדער פון ארעמע עלטערן, עיין שם; זעט מען דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד און נישט מאכן קיין חילוק צווישן די קינדער.


בנוגע די בא'חנ'טע קינדער וכו'; פארוואס זאגסטו ביסט א קינד פון פיר יאר? פארוואס קלאפסטו זיך אראפ? דו ביסט א גוטער מלמד, אז מען האט א געפיל פאר קינדער וואס האבן חן - איז מען נישט קיין קינד, דאס איז דער נאטור וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, חן קומט פונעם אייבערשטן, מען וויל ענדערש רעדן מיט א מענטש מיט חן ווי מיט איינער אָן חן.


קלאפ זיך נישט אראפ, מאך זיך נישט קליין, גיי אן מיט די מלומדות, אין הימל איז זייער חשוב א מלמד, אין הימל קוקט מען אנדערש אויף א מלמד ווי מען קוקט דא, אין הימל איז א מלמד די חשוב'סטע זאך, בפרט א מלמד וואס האט ליב די קינדער און לייגט אריין אין די קינדער אהבת השם יתברך.


לייג אריין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די תורה, א ליבשאפט צו מצוות; דורך זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים. עס איז באוויסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא", האט אים דער צאנזער רב געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט מוסר, צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - איך האב פארלוירן מיין סבלנות, מעג איך זיין מלמד?
חינוך הילדים, סבלנות, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ביז יעצט האב איך אויך נישט געהאט קיין סאך סבלנות אין חדר, און איך האב זיך צומאל פארלוירן און געשלאגן, יעצט האב איך פארלוירן א גרויס חלק פון מיין געהאלט, און כ'האב נאך ווייניגער סבלנות. מעג איך זיין א מלמד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויסדריקליך אז נישט, אויב דו פארלירסט זיך און דו שלאגסט די קינדער - טארסטו נישט זיין קיין מלמד. מוהרא"ש זאגט, א מלמד וואס נוצט הענט - טאר נישט זיין קיין מלמד, און אז ער זוכט פרנסה זאל ער גיין ארבעטן ביים צאמנעמען די מיסט און אויסגעבן די כעס אויף די קאנעס, אזוי ווי מען זעט ביי די וואס ארבעטן ביי די מיסט ווי זיי ווארפן די קאנעס מיט כעס און רציחה.


שלאגן פון פארלוירנקייט - איז פארקערט פון חינוך, בכלל שלאגן איז נישט גוט. דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן, דער רבי האט פארגעהאלטן רבי נתן היתכן ער האט געגעבן א פראסק פאר זיין זון, און דאס איז אויך נישט געווען פון פארלוירנקייט, רבי נתן האט געטראכט אז זיין זון וויל נישט פאלגן, אריינקומען זיצן נעבן דעם גאסט וואס האט געהאט א שלעכטע שווערע גערוך, האט אים רבי נתן געגעבן א פאטש, און מיט דעם אלעם האט דער רבי אים פארגעהאלטן: "א קינד שלאגט מען?" און זיכער נישט ווען מען ווערט פארלוירן און מען טיילט פעטש רעכטס און לינקס, אזא איינער טאר נישט האבן מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - וואס טו איך ווען מיין אינגל איז צופיל באשטראפט געווארן אין חדר?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס טו איך אז מיין כיתה ב' אינגל קומט אהיים און דערציילט אז זיין רבי האט אים באשטראפט דריי מאל אינעם זעלבן טאג, און איין מאל האט ער געכאפט א ציפ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער וויכטיג זאלסט האבן א פריוואטע קשר מיט די מלמדים פון דיינע קינדער; עס איז גאר אנדערש די צוגאנג וואס דער מלמד האט צום תלמיד ווען ער קען די עלטערן.


גיי אריבער צום מלמד און געב אים גוטע ווערטער, זאג אים ווי צופרידן דו ביסט און ווי דיין קינד בליעט, אויך זאלסטו אים פרעגן צי ער איז צופרידן און אויב דער קינד איז דרך ארץ'דיג. אזוי צוביסליך זאלסטו אים פרעגן אויב עס פעלט אויס ציפן; זאג אים מיט שיינעם אז אויב ער האט א פראבלעם מיטן קינד זאל ער דיך רופן און דו וועסט רעדן צום קינד.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי שווער מלמדים ארבעטן, און דער עיקר שוועריקייט איז - אז מען איז זיי נישט מחשיב און מען אינטערעסירט זיך נישט. דער מלמד זיצט מיט א גאנצע כיתה קינדער, די ארבעט איז זייער זייער שווער, די קינדער פרובירן אויף אלע וועגן ווי אזוי אים ארויסצונעמען פון די גלייזן, ביז ער פארלירט זיך; וואלטן די עלטערן געהאט הכרת הטוב, געקומען זאגן שכוח, געקומען זיך אינטערעסירן - וואלט דער מלמד געארבעט גרינגער.


וואיל איז פאר די עלטערן וואס אינטערעסירן זיך שטענדיג אויף די קינדער און ארבעטן מיטן מלמד; וועלן זיי זען שיינע פירות, די קינדער וועלן אויסוואקסן געזונט און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - וואס האט פאסירט מיט מיר? פארוואס לייג איך נישט קיין תפלין?
סיפורי צדיקים, דאווענען, מלמדים, סדר היום, תפלין, מנין, יראת שמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר ווי איך באגראב זיך פאר בושה, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אזא ירידה אין רוחניות ווי יעצט, איך דאווען נישט, און איך לייג נישט קיין תפלין, רחמנא ליצלן.


יעדער האלט מיך פאר א חשובער אינגערמאן, קיינער ווייסט אבער נישט אז איך לייג נישט קיין תפלין. איך בין א מלמד אין א תלמוד תורה, איך לייג אריין אין די קינדער אמונה און קדושה, אין די צייט וואס איך בין אזוי טיף אין דער ערד.


וואס מיינט דאס? וואס האט פאסירט מיט מיר? וואס גייט פאר מיט מיר? איך קען זיך נישט מוחל זיין אז דאס איז געשען צו מיר. ביז איך כאפ זיך אז איך האב נישט געלייגט היינט תפלין - איז שוין נאך די שקיעה; ביז איך באמערקט אז איך האב נאכנישט געדאווענט שחרית - איז שוין צייט צו דאווענען מעריב.


איך לויף אין חדר אן גארנישט, איך כאפ א מקוה און איך לויף אריין אין קלאס. איך פרוביר אפילו נישט אויפצושטיין פריער. איך ווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, פשוט עס אינטערעסירט מיר נישט קיין שחרית, מנין, תפלין, און קיין שום זאך.


איך וויין, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, וואלסטו געוויסט דאס גרויסקייט פון אנטון תפילין - וואלסטו אויפגעשפרינגען אינדערפרי אנטון די הייליגע תפילין. תפילין קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, תפילין היט דעם מענטש ער זאל נישט זינדיגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁא יֶחֱטָא", ווער עס גייט מיט תפילין וועט זיכער נישט צוקומען צו עבירות; ווייל ווען מען פרייט זיך מיט די תפילין - ווערט מען צוגעקלעבט צום אין סוף ברוך הוא.


הויב נישט אן דיין טאג מיט קיין שום זאך, דאס ערשטע זאך זאלסטו לויפן אין שול אנטון טלית ותפילין, טו אן די הייליגע תפילין של יד און די הייליגע תפילין של ראש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמות, רמז רכב): "אמרו ישראל לפני המקום אנו רוצים ליגע בתורה יומם ולילה אבל אין לנו פנאי", אידישע קינדער זאגן פארן אייבערשטן, 'וואס זאלן מיר טון? מיר ווילן אזוי שטארק לערנען תורה א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, אבער מיר האבן נישט קיין צייט, מיר דארפן ברענגען פרנסה', "אמר להם הקדוש ברוך הוא, קיימו מצות תפילין ומעלה אני עליכם כאילו אתם יגעים יומם ולילה", זאגט דער אייבערשטער: 'טוט אן די הייליגע תפילין, און איך וועל דאס רעכענען אזוי ווי איר לערנט פאר מיר א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט'.


מוהרא"ש דערציילט, אין טברי' האט געוואוינט דער הייליגער צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין ארץ ישראל, אין טברי' - האבן זיי זיך געטראפן. אמאל איז צוגעקומען צום צדיק אן אלטער מענטש, קרוב צו די ניינציג יאר, און זיך אויסגעקרעכצט: "רבי, עס איז מיר פארעקלט צו לעבן, איך וויל שוין שטארבן", האט דער צדיק רבי אברהם אים געזאגט: "די טיפש וואס דו ביסט, עס לוינט זיך דיר נישט דאס לעבן אז דו וועסט קענען נאך איין טאג אנטון די הייליגע תפילין?!"


בעט איך דיר זייער, הויב נישט אן דיין טאג איידער דו גייסט אין שול אנטון טלית ותפילין, און זיכער זאלסטו זיך נישט דערוואגן צו זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא - אן לייגן טלית ותפילין. קענסט זיין א מלמד נאר אז דו גייסט אין שול אינדערפרי דאווענען; אז דו ווילסט זיין א מלמד, עוסק זיין מיט נשמות ישראל - דארפסטו האבן יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - איך בין פארנומען א גאנצע טאג אין חדר, ווי קומט מען אן צו תורה ותפלה?
חינוך הילדים, לימוד התורה, עבודת השם, מלמדים, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד אין היכל הקודש, און איך האב זיך געוואלט אביסל אויסרעדן מיין הארץ וואס שטערט מיך, נישט קיין געפערליכע זאכן, אבער שטערט עס מיך.


איידער בין איך געווארן א מלמד איז מיר טאקע געווען א גיהנום, איך האב געארבעט מיט גוים און איך האב זיך דרייען אין די גאסן וואו איך האב געדארפט פירן אסאך מלחמות אויף שמירות עינים, איך האב כמעט נישט געקענט דאווענען קיינמאל מיט מנין, אבער למעשה האב איך געלערנט אסאך תורה, איך האב יעדן טאג געלערנט ח"י פרקים משניות, גמרא, זוהר און תיקונים, יום תהלים, שלחן ערוך מיט טור ובית יוסף, איך האב כמעט יעדע וואך געענדיגט מדרש רבה און מדרש תנחומא, ליקוטי מוהר"ן און ליקוטי תפלות אויף יעדע תורה, ספרים פון רבי'ן און פון מוהרא"ש, און פארשטייט זיך צו מעביר סדרה זיין מיט רש"י, אויסער די פילע שמועסן מיט'ן אייבערשטן א גאנצן טאג, אפאר ווערטער דא און אפאר ווערטער דארט, און איך בין נאך אנגעקומען אויך ארויסצוגיין אין פעלד ארויסצוגעבן מיינע בענקענישן צום אייבערשטן, זיך אויסשמועסן די גאנצע הארץ מיט'ן אייבערשטן, איך האב יעדע נאכט געזאגט תיקון חצות מיט התבודדות און בכיות, מיינע סידור איז פארפלעקט מיט די טרערן וואס זענען אין דעם איינגעזאפט.


אבער יעצט דארף איך דאך האבן ישוב הדעת אין חדר, זאג איך תיקון חצות אין בלויז פינף מינוט, פאר'ן דאווענען קום איך קוים אן צו לערנען "בית נצחי", א דף בבלי און ירושלמי מיט א פרק תוספתא, איין דף זוהר און איין דף תיקונים, און צום מערסטנס זעקס פרקים משניות, איך קען קוים רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן אויפ'ן צום שול און צו חדר, און נאכדעם בין איך שוין א גאנצן טאג אין חדר מיט די קינדער, איך קום אהיים קען איך אביסן שמועסן מיט מיין ווייב און נאכדעם האב איך נאך אביסל צייט צו לערנען, אבער געווענליך וועל איך ענדערש הערן א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א ווייל איך מוז דאך קענען אנגיין, און ווען איך עפן שוין יא א ספר רוף מיר שוין דער און יענער אויפ'ן טעלעפאן, איך קען דאך גארנישט ערלעדיגן אין חדר, און דא איז דא א חתונה, און דא דארף איך רופן מיינע עלטערן, טאקע א גרויסע מצוה, אבער איך קום נישט אן צו לערנען עפעס, נאכדעם דארף איך שוין לויפן צום טעגליכן גמרא שיעור, און איך אוועקגעבן צייט אויסצוהערן דעם און יענעם, און כאטש וואס מיר רעדן טאקע פון דיבורי תכלית, דברי חיזוק פון הייליגן רבי'ן, אבער פאקטיש דערזע איך זיך סוף טאג מיט בלויז עטליכע פרקים משניות, מעביר סדרה געווען מיט רש"י מיט די קינדער, בית נצחי, א טראפעלע זוהר און תיקונים, עטליכע סעיפים שלחן ערוך מחבר רמ"א, אפאר קאפיטלעך תהלים ניטאמאל קיין גאנצע יום, אביסעלע נ"ך, בקיצור קוים קוים עפעס תורה.


לעצטנס בין איך זוכה צו לערנען ליקוטי מוהר"ן נאר שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען, דעמאלט איז מיר טאקע א גן עדן, אבער איך בין זייער באזארגט, און איך האב נאכנישט זוכה געווען צו ענדיגן כל התורה כולה אפילו נאר איין מאל. איך ווייס וויפיל איך דארף דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, איך האב דאך אזויפיל פארברענגט די טייערע צייט מיט נארישקייטן, איך שעם זיך אפילו צו טראכטן פון דעם, און איך ווייס אז איך האב געבעטן דעם אייבערשטן צוויי יאר אין א צו יעדע נאכט, אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש, שבתי בבית ה' כל ימי חיי, איך זאל נישט דארפן זיך דרייען פאר פרנסה אין די שמוציגע גאסן, און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך קען זיצן און לערנען מיט די טייערע קינדער, אבער איך קום כמעט נישט אן צו רעדן צום אייבערשטן, אלעס איז נאר אפאר מינוט דא און דארט.


איך ווייס אז איך בין נישט גערעכט אז איך רעד זיך אפ, איך וואלט זיך געדארפט פרייען מיט יעדע ביסל גוטס וואס איך כאפ אריין, דער אייבערשטער זאל מיך העלפן איך זאל זיך קענען שטארקן אויף מיין יצר הרע, און זיך יא פרייען מיט וואס איך האב, און געדענקען וואס דער רבי זאגט, "וואס מען טוט איז גוט, אבי מען טוט נישט קיין שלעכטס".


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיין א מלמד איז העכער פון יעדע סארט עבודה. לערנען תורה פאר זיך איז זייער גרויס, אבער מאכן אנדערע לערנען - איז נאך גרעסער, לערנען תורה מיט תלמידים, בפרט מיט תינוקות של בית רבן - דאס איז גרעסער פון לערנען תורה פאר זיך.


נישטא קיין גרעסערע זאך ווי זיין א מלמד; די העכסטע זאך, די הייליגסטע זאך - איז זיין א מלמד פאר קינדער. לערנען מיט קינדער די הייליגע תורה, פלאנצן אין קינדער יראת שמים - איז די הייליגסטע זאך. די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד – 'אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת'", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין, אז פינקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט, ווייל ער פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.


אויף וועם שטייט די וועלט? די וועלט שטייט אויף די תורה וואס קינדער לערנען, און דאס איז אין די זכות פון מלמדים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט נאר אויף די תורה פון קינדער.


אז דו וועסט לערנען יעדן טאג וואס דו האסט געלערנט אין די פריערדיגע טעג; ח"י פרקים משניות, גמרא, זוהר און תיקונים און זאגן א יום תהילים, שולחן ערוך מיט טור בית יוסף, און ענדיגן יעדע וואך מדרש רבה און מדרש תנחומא, ליקוטי מוהר"ן מיט די תפילה אויף די תורה, און אנדערע ספרי רבינו און מוהרא"ש, און פארשטייט זיך שנים מקרא ואחד תרגום ורש"י - דאס קומט נאכאלץ נישט צו צו זיין א מלמד. אזוי ווי די גמרא זאגט ווייטער (שבת, שם) רב פפא האט געפרעגט פון אביי: "דִּידִי וְדִידָךְ מַאי", וואס איז מיט אונזער תורה? די וועלט שטייט דען נאר אויף קינדער'ס תורה? האט אביי געענטפערט: "אֵינוֹ דּוֹמֶה הֶבֶל שֶׁיֵּשׁ בּוֹ חֵטְא לְהֶבֶל שֶׁאֵין בּוֹ חֵטְא", עס איז נישט קיין פארגלייך תורה פון קינדער וואס ווייסן נאכנישט פון עבירות, וואס זענען נאך זייער ריין.


איך בעט דיר זייער, עס זאל דיר נישט באנק טון אז די טאג גייט דיר אריבער מיטן זיין א מלמד און דו קומסט נישט אן צו לערנען אזויפיל דיינע שיעורים, ווייל מיר דארפן היינט זיך מוסר נפש זיין פאר די קומענדיגע דורות. ווייל ווער עס ווייסט וואס טוט זיך אפ אין אונזער דור ווייסט אז עס איז נישט אזוי גלאטיג ווי עס זעט אויס; פון אינדרויסן זעט אויס די בילד זייער שיין, אבער פון אינעווייניג איז זייער שרעקעדיג; מען דארף מלמדים מיט הארץ און נשמה, וואס זענען גרייט אויף מסירת נפש ממש, אוועק געבן זייער גאנצע נשמה פאר די קינדער, ווייזן פאר די קינדער דאס שיינקייט און ליבשאפט פון די תורה וועג.


הער א מעשה וואס די גמרא דערציילט, די מעשה וועט פארענטפערן דיין בריוו. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (קידושין ל.) רבי חייא בר אבא האט געזען רבי יהושע בן לוי גיין אין גאס נישט אנגעטון געהעריג, ער האט אויסגעקוקט זייער מאדנע, ער האט נישט אנגעהאט זיין הוט, ער האט זיך צוגעדעקט זיין קאפ מיט אן אינטערעסאנטע צודעק, אזוי ווי איינער וואס יאגט זיך און האט נישט קיין צייט זיך אנצוטון געהעריג, און ער האט געטראגן זיין זון אין חדר. האט רבי חייא בר אבא אים געפרעגט: "וואס איז מיט דיר? פארוואס גייסטו אזוי אין גאס, נישט געהעריג אנגעטון?" האט רבי יהושע בן לוי אים געענטפערט: "איך יאג זיך צו טראגן מיין קינד אין חדר, און אז דו וואונדערסט זיך וואס איז די יאגעניש? וועל איך דיר זאגן, עס שטייט (דברים ד, ט): 'וְהוֹדַעְתָּם לְבָנֶיךָ', און עס שטייט אין די קומענדיגע פסוק 'יוֹם אֲשֶׁר עָמַדְתָּ לִפְנֵי ה' אֱלֹקֶיךָ בְּחֹרֵב', וואס האבן די צוויי פסוקים פון לערנען תורה מיט קינדער - א שייכות - מיט די פסוק פון מתן תורה? נאר די תורה לערנט אונז, אז ווער עס לערנט תורה מיט זיין קינד איז דאס אזוי ווי ער לערנט תורה ביים בארג סיני", פירט אויס רבי יהושע בן לוי: "איך לייג אוועק מיין הוט, מיין בעקיטשע, מיינע שיינע איד'שאפט, אבי צו לויפן אין חדר מיט מיין זון"; זעט מען פון דעם אז מען דארף אלעס לייגן אין דער זייט, אפילו די רוחניות - אבי צו זיין א געטרייער מלמד, לערנען מיט די קינדער תורה, אמונה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#16 - מעג איך מעביר סדרה זיין אין קלאס בשעת די קינדער דאווענען?
מעביר סדרה, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד און איך האב געוואלט פרעגן אויב איך מעג מעביר סדרה זיין אין קלאס בשעת ווען די קינדער דאווענען, אדער דארף איך האלטן א וואכזאם אויג אויף די קינדער די גאנצע צייט, און איך קען נישט דערווייל אריינקוקן אין א ספר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, א מלמד איז זייער א חשוב'ע ארבעט, זייער א הייליגע ארבעט, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן.


דער רמב"ם פסק'נט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ב): "וְאֵין מְבַטְּלִין הַתִּינוֹקוֹת, וַאֲפִלּוּ לְבִנְיַן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ", מען טאר נישט מבטל זיין קינדער פון לערנען תורה - אפילו מען דארף זיי האבן צו העלפן בויען דעם בית המקדש; אינטערעסאנט אז דער רמב"ם זאגט איבער די הלכה נאכאמאל (פרק א' מהלכות בית הבחירה, הלכה יב): "וְאֵין מְבַטְּלִין תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן לַבִּנְיָן", מען טאר נישט שטערן די קינדער פון לערנען, אפילו מען דארף זיי האבן צו בויען דעם בית המקדש; ווערט געברענגט פון צדיקים אז דאס איז צוויי באזונדערע זאכן, דער רמב"ם לערנט אונז צוויי דינים, איינס אז קינדער דארפן לערנען תורה יעדן טאג און טארן זיך נישט מבטל זיין פאר גארנישט, דאס איז אן הלכה אין הלכות תלמוד תורה, צווייטנס ווי אזוי בויט מען אויף דעם בית המקדש? דורך לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן, די הלכה איז אין הלכות בית הבחירה.


א מלמד טאר נישט איבערלאזן די קינדער און ארויסגיין פון כיתה, אבער אז מען איז אין כיתה און די קינדער דאווענען אדער חזר'ן וואס זיי לערנען - מעג דער מלמד לערנען אדער זיך מתבודד זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - ווי אזוי האנדלט מען מיט א קינד וואס האלט נישט ביים פאלגן?
חינוך הילדים, מוסדות, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטער אז איך בין א מלמד אין היכל הקודש אין קרית ברסלב, היינט האב איך געהאט זייער א שיינע טאג אין חדר, אנהייב טאג איז נאך געווען שווער, יעצט סוף טאג איז געווען א מחי', ש'כח אייבערשטער.


ס'פילט זיך זייער געשמאק נאך א פילע טאג חדר, איך וואלט געקענט פארשווארצט ווערן, גיי ווייס וואו, און דא זיץ איך מיט קינדער און איך לייג אין זיי אריין יראת שמים, יישר כח פאר'ן מיר געבן די מתנה צו קענען זיין דא א מלמד.


איך האב א קינד אין קלאס וואס איך מוטשע זיך זייער מיט אים, ספעציעל זייט זיין מאמע האט געהאט א קינד, ווען ער איז געווען אביסל ביי א צווייטע משפחה, איז ער איז אהיימגעקומען אינגאנצן אנדערש, ווי שווער ער איז געווען ביז דעמאלט, איז ער יעצט געווארן נאך סאך שווערער, ממש גארנישט געפאלגט, אלעס וואס איך האב געהייסן האט ער געטון פארקערט, זיין טאטע האט מיך אויך געזאגט אז זייט ער איז אהיימגעקומען קען ער נישט האנדלען מיט אים.


די וואך האב איך געוויינט צום מנהל אז איך קען נישט מיט אים, ער מאכט מיך ארויסלויפן פון קלאס, איך קען נישט מער, דער מנהל האט מיר געגעבן אן עצה איך זאל אים מאכן פאר א גבאי; דער קינד קען זייער גוט די עברי זאל איך אים מאכן פאר דער חזן, ער זאל פארזאגן די עברי. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב אים געזעצט ביי מיין טיש און געמאכט פאר גבאי, ער האט פארגעזאגט די עברי, און נעכטן רופט מיך אן זיין טאטע און זאגט מיר אז ער ווייסט נישט וואס ס'איז געשען דא, ער איז אהיימגעקומען א נייע קינד, ער האט דערציילט אז ער איז גבאי אין חדר, ער האט שוין געפאלגט אלעס וואס מ'האט אים געהייסן אינדערהיים. ש'כח אייבערשטער אז מיר האבן אזא מנהל.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זייער אסאך גערעדט צו מלמדים, זיי געגעבן זייער אסאך חיזוק, זיי זאלן וויסן דאס חשיבות פון זיין א מלמד, און מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן פון דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען צו גיין א גאָס רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער, און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד. איך האב אין שטוב א פיש טאנק, און איך רעד אים צו, אז אויב ער וועט לערנען - וועל איך אים ווייזן די פישעלעך, ביז ער הויבט אן לערנען", דאס איז געווען זיין כח, דעריבער האט מען אים אויסגעהערט זיינע תפילות.


על כל פנים זעט מען פון די מעשה דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס איז משחד די קינדער ביז זיי לערנען און דאווענען, און אז דאס איז די וועג, דאס איז די בעסטע צוגאנג מיט קינדער, זיי גרויסן; זיי מאכן חשוב, און אזוי כאפן זייער הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע תלמידים, זאלסט אריינלייגן אין זיי א ליבשאפט און א טריישאפט צום אייבערשטן.

#14 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס ווארפט צוריק א קאמפלימענט?
חינוך הילדים, מלמדים, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך פרובירט צו לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל פרעגן וואס צו טון מיט א אינגל אין מיין קלאס וואס יעדעס מאל ווען איך געב אים א קאמפלימענט אינמיטן דאווענען אדער לערנען אז ער דאווענט אדער לערנט שיין אדער סיי וואס, ווארפט ער אלץ צוריק די קאמפלימענט, און לכבוד דעם הערט ער גאר אויף צו טון די גוטע זאך וואס ער טוט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זענען דא קינדער וואס ווייסן נישט ווי אזוי צו נעמען גוטע ווערטער, און ווען זיי הערן גוטע ווערטער, אנשטאט דאס אראפשלינגען - וועלן זיי אנהויבן טון מאדנע זאכן, אדער דאס פארקערטע.


אז דער קינד טוט פונקט פארקערט - זאלסטו אים געבן די קאמפלימענטן פריוואט, געב אים נישט קיין קאמפלימענטן ברבים; פריוואט וועט ער דאס קענען פארדייען.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#13 - קען איך געבן צו עסן פאר מיין בעיבי אין קלאס?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, סקול, מלמדים, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א לערערין אין בית פיגא, איך בין זיך מחי' צו זיין א לערערין.


יעצט ווען איך האב געהאט מיין קינד ברוך ה', האב איך זיך שוין אזוי געבענקט צו די קינדער אין שולע, ש'כח אייבערשטער ס'איז א מחי' צו זיין צוריק אין סקול.


איך פלעג אלעמאל בלייבן אין קלאס ביי ריסעס, ביי הפסקה, צו הערן און זען וואס טוט זיך מיט די מיידלעך, אבער יעצט דארף איך ביי ריסעס געבן צו עסן פאר מיין בעיבי, וויל איך וויסן אויב עס פאסט און אויב עס איז גוט דאס צו טון אין קלאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער גוט ווען די לערערין דריידט זיך צווישן די קינדער ביי ריסעס און לאנטש, אזוי קען מען מיטהאלטן וואס טוט זיך צווישן די קינדער; מען קען אויפפאסן אויב איז דא א קינד וואס טרעט אויף אנדערע, און אויב איז דא א קינד וואס ווערט צוטרעטן. אויך קען מען הערן פון די שמועסן ווי זייער מח האלט, מען קען נאכדעם ביי די שיעורים אריינפלעכטן מוסר און חיזוק ווי עס פעלט זיך אויס.


ווען איך בין געווען א מלמד פלעג איך אסאך זיך דרייען צווישן די קינדער, שמועסן מיט זיי, דעמאלט האב איך געקענט אפלערנען די תלמידים.


בנוגע די פראגע וכו'; עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א לערערין צו געבן צו זייגן פארן קינד אין די צייט פון הפסקה אין קלאס צו קענען מיטהאלטן וואס טוט זיך ביי די קינדער, אזוי אויך פאר א מאמע איז נישט קיין ענין פון צניעות זיך צו באהאלטן אין צימער ביים זייגן, מען קען געבן צו זייגן צווישן די קינדער, פארשטייט זיך מיט א צודעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#12 - ווי אזוי רעד איך צו די קינדער איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע?
התחזקות, חינוך הילדים, קינדער, אמונה, טערעפי, פחדים, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכי' צו פירן א תלמוד תורה, און איך וויל פרעגן אן עצה איבער די לעצטיגע שרעקליכע טעראר אטאקע וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין ירושלים, ווי דריי אידישע קרבנות זענען ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז, ה' ינקום דמם. די קינדער זענען זייער צעשוידערט פון די שרעקליכע מעשה, עס איז זייער שווער פאר זיי דאס צו פארנעמען, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מייעץ זיין ווי אזוי און וויפיל צו רעדן מיט אים דערוועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל מער נישט הערן קיין שלעכטע בשורות, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, ל"ז שובבי"ם, כ"ג שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מנהל אין א תלמוד תורה. זיין א מנהל אין א תלמוד תורה איז זייער חשוב, דער מנהל איז נוטל שכר כנגד כולם ווייל ער איז מחזק די מלמדים מיט די קינדער, ער זעט אלעס זאל זיך פירן ווי עס דארף צו זיין; אלעס וואס די מלמדים לערנען מיט אידישע קינדער, תורה ויראת שמים.


רעד צו די קינדער אסאך פון אמונה און פון גן עדן, אזוי וועלן זיי נישט ווערן דערשראקן. אז די קינדער פרעגן און אינטערעסירן זיך נאך א טראגעדיע: 'וואס איז געשען?' זיי פרעגן כל מיני קשיות: 'וואו איז דער קינד וואס איז געשטארבן?' 'וואס איז יעצט מיט אים?' די אלע סארט קשיות וואס קינדער פרעגן - זאלסטו נישט באהאלטן, נאר זאגן: "א איד האט צוויי וועלטן, די וועלט און יענע וועלט, און ווען מען גייט אוועק פון די וועלט - גייט מען אין גן עדן, און ווי גוט און ווי שיין איז פאר אידישע קינדער וואס האבן געהיטן די תורה - אויבן אין הימל, די נשמה גייט אין גן עדן און האט דארט אלע גוטע זאכן"; רעד מיט באק ציין, אזוי וועלן זיי ווערן רואיג.


נאר אמונה בארואיגט, די אלע אנדערע מעטאדן וואס קומען פון די אומות העולם - איז אלעס פאנטאזיעס און עס בארואיגט נישט. נעבעך פאר די וואס גייען צו מענטשן וואס פאררופן זיך העלפערס, אדער נעמען די קינדער צו טיפולים וכדומה, מען ווערט דארט מער צעדרייט. דער בשר ודם זאגט: "יעצט אטעם אריין און יעצט אטעם ארויס", "יעצט פרוביר צו טראכטן פון די שרעק", און "יעצט טראכט ווי די שרעק נעמט דיך אינגאנצן איבער", "יעצט שריי" וכדומה; די זאכן איז פאר אומות העולם, אידישע קינדער האבן אמונה, אידישע קינדער האבן נאך א וועלט, איז נישטא וואס צו זיין דערשראקן.


אזוי פלעגט דער הייליגער רבי טון ווען עס זענען געקומען צו אים מענטשן וואס זענען געווען זייער נישט געזונט, פלעגט דער רבי זיי זאגן זיי זאלן זיך נישט זארגן פון שטארבן (חיי מוהר"ן, סימן תמה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג מִן הַמִּיתָה?", וואס זארגט איר זיך פון שטארבן? "הֲלֹא שָׁם הוּא עוֹלָם נָאֶה בְּיוֹתֵר מִכָּאן", אויבן אין הימל איז פיל א שענערע וועלט ווי דא.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש, זיי מחזק די מלמדים. דער עיקר ארבעט פונעם מנהל דארף זיין געבן יעדן טאג א גוט ווארט פאר יעדן מלמד באזונדער, נישט נאר ווען עס איז דא עפעס צו קריטיקירן דעמאלט נעמט מען אפיר דעם מלמד, נאר יעדן טאג געבן א גוט ווארט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין"; מען דארף מחזק זיין די וואס געבן חיזוק; די מלמדים ארבעטן ביטער שווער, דארף מען זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#11 - וואס טו איך אז דער מלמד מאכט חוזק פון מיין זון אז ער זאגט משניות?
חינוך הילדים, קינדער, תפילה והתבודדות, היכל הקודש, סיום, מוסדות, מלמדים, סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו פרעגן, וועל איך אנהויבן מיט די מעשה.


איך קום אהיים איין טאג, מיין ווייב זעט אויס אינגאנצן דערשראקן, און זי דערציילט מיר אז אונזער אינגל האט געזאגט אז ער וויל מער נישט מאכן זיינע סיומים משניות אין חדר, זי האט אים פרובירט אסאך אויסצופרעגן און פארשטיין וואס עס שטערט אים, ביז ער האט ענדליך דערציילט אז זיין מלמד טשעפעט אים כסדר וועגן די משניות, צום ביישפיל קען ער זאגן, "א קינד וואס זאגט משניות קען נישט דאווענען הויך?", אדער "ווייל דו זאגסט משניות, דארפסטו שוין נישט לערנען?", און דאס גלייכן נאך אסאך, און פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז ברבים אין פארנט פון אלע קינדער אין קלאס.


איך ציטער זייער וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער, אויב גייט עס ווייטער אזוי אן וועט דאס קינד שוין נישט וועלן מער אנקוקן דעם משניות, שוין אפגערעדט אז ער קען נאך באקומען שלעכטע קאשמארן פונעם משניות, חס ושלום. און בכלל אלע לימודים וואס מיר זענען זוכה צו באקומען פון הייליגן רבי'ן, פון מוהרא"ש, און פון ראש ישיבה, וועט נישט נעמען צו לאנג חס ושלום ביז ער וועט זיך אנהויבן שעמען מיט דעם.


פארשטייט זיך אז מיר זענען אים כסדר מחזק און מעודד, מיר זענען אבער זייער באזארגט ווי אזוי דאס וועט גייט ווייטער, ווי לאנג קען מען אזוי אנגיין? מיר ציטערן אז ער וועט זיך אנהויבן שעמען מיט אומאן, מיט הפצה, און אזוי ווייטער.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז אונזערע קינדער זאלן אויך זוכה זיין צו לעבן דעם זיסן לעבן וואס מיר באקומען פון הייליגן רבי'ן, אויפ'ן וועג פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה. וואס זאלן מיר טון? דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז ביטע ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריבער צום מלמד, רעד צו אים. הויב אן מיט גוטנס, זאג אים ווי צופרידן דו ביסט און ווי שטארק דיין זון האט ליב צו קומען אין חדר. פרעג אים צי ער איז צופרידן פון דיין זון, און אזוי זאלסטו אריינגיין אין א שמועס מיט אים; אז דיין זון האט א געפיל אין זאגן משניות, און אז ביי דיר אין שטוב איז דאס די וועג, אויב ער קען אים מחזק זיין און אים אויפהייבן, און חס ושלום נישט צעקלאפן.


פרעג אים אויב עס שטערט אים אז דיין זון זאגט משניות. זאג אים אז דיין זון קומט אהיים לעצטנס אז דער מלמד זאגט אים יעדעס מאל עפעס א טשעפע אויף משניות, בעט אים ער זאל מער נישט טשעפען. פרעג אים אויב ער וויל דערמאנען דיין זון צו לערנען, אויב ער קען דאס זאגן אן אוועק מאכן דאס זאגן משניות; אזוי וועט ער אויפהערן טשעפען דיין זון.


אויך זאלסטו מאכן די סיומים פון דיין קינד אין שטוב אדער מיט חברים תלמידי היכל הקודש, ווייל די וועלט האט נישט קיין השגה אינעם דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און נישט אלע מלמדים זענען מחנכים; עס זענען דא מלמדים וואס וועלן נאר אויסלויבן די קינדער אויב זיי טוען וואס זיי זאגן און וואס זיי האלטן וכו', אויב דער קינד וועט האבן א מנהג טוב פון שטוב וואס דער מלמד פירט זיך נישט - וועט ער דאס אוועקמאכן, דעריבער איז בעסער אז דו זאלסט אויסלויבן דיין קינד אין שטוב.


מן הסתם האסטו געזען וואס מיר טוען אין אומאן ערב ראש השנה, מיר נעמען אלע קינדער וואס האבן געלערנט און מען געבט זיי כבוד, מען געבט זיי די הרגשה אז אלע פאטשן, אלע קלאפן פאר זיי; אזוי באקומען זיי א חשק צו לערנען און מסיים זיין. איך טו דאס אין אומאן ווייל דארט קומען אלע אנשי שלומינו, אויך די וואס שיקן נישט די קינדער אין ברסלב, און די וואס וואוינען אין פלעצער וואו עס איז ביז דערווייל נאכנישט דא קיין מוסדות; כדי צו מחזק זיין אלע קינדער מיט'ן סדר דרך הלימוד.


בעט דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אלע דיינע דורות זאלן האבן א געפיל אין הייליגן רבי'ן און זיין ערליכע אידן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער; נאר תפילה און התבודדות איז די עצה פאר גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - יעדעס קינד קען מען מאכן פאר א שלעכטער אדער פאר א צדיק
חינוך הילדים, מלמדים, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די ענטפער אויף דעם וואס איך האב אנגעפרעגט וואס צו טון מיט די קינדער אין מיין כתה וואס האבן געקוקט שמוציגע זאכן.


איך האב געטון וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן, און אלעס האט זיך ברוך ה' זייער גוט אויסגעארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו בויסט אויף די קינדער, דו געבסט זיי א וועג זיי זאלן אויסוואקסן צדיקים.


וויסן זאלסטו, מען קען מאכן יעדן קינד פאר א שלעכט קינד און מען קען מאכן יעדן קינד פאר א צדיק; עס ווענדט זיך אינעם מלמד, עס ווענדט זיך וואס פאר א ניגון דער מלמד זינגט פאר'ן קינד. ווען דער קינד הערט טאג און נאכט: "ביסט וואויל", "ביסט ווערד", "ביסט טייער", "קענסט יא", "קענסט גוט", "וועסט זיין א צדיק" - דער ניגון וועט אים מאכן פאר א צדיק, אנדערש איז ווען ער הערט קוֹל עֲנוֹת חֲלוּשָׁה (שמות לב, יח), מען קלאפט אים, מען זאגט אים: "ביסט גארנישט ווערד", "דער אייבערשטער דארף דיך נישט", "דו ביסט א שלעכט קינד", "ביסט אן עקלדיג קינד" - איז דא א קליינע האפענונג אז עפעס זאל ווערן פון דעם קינד.


די הייליגע חכמים זאגן אויפ'ן פסוק (ויקרא יט, ב) "קְדשִׁים תִּהְיוּ", הייליג זאלט איר זיין, "כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם", (ויקרא רבה כד, ט): "יָכוֹל כָּמוֹנִי, תַּלְמוּד לוֹמַר כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי", טייטשן די צדיקים דאס אויס נישט בלשון פראגע: "יָכוֹל כָּמוֹנִי?" נאר דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער: "יָכוֹל", דו קענסט זוכה זיין צו קומען "כָּמוֹנִי" - צו די גרעסטע, העכסטע און הייליגסטע מדריגות, ווי אזוי? "תַּלְמוּד לוֹמַר", זאלסט אסאך זאגן און חזר'ן: "כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי" – "איך בין הייליג", "איך בין גוט", "איך בין א איד", "איך בין א חלק פונעם אייבערשטן", "דער אייבערשטער האט מיך ליב", "דער אייבערשטער דארף מיך יא"; דאס וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע, העכסטע און הייליגסטע פלעצער.


דאס איז זייער וויכטיג פאר מלמדים צו וויסן, זיי זאלן אסאך זאגן פאר די קינדער גוטע ווערטער, זיי רופן מיט שיינע לשונות, די קינדער זאלן וויסן: "כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי", און אפילו מען זעט אמאל א קינד פירט זיך נישט אויף גוט, מיינט נישט צו זאגן אז דער קינד איז נישט גוט, אדרבה, עס קען גאר זיין אז דער קינד איז גאר גוט און טאקע פארדעם פארלייגט זיך דער יצר הרע אויף אים, דער אריז"ל זאגט אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך מער אויף די קינדער וואס זענען שורשי נשמות.


אונזער ארבעט איז צו זיין אזוי ווי די ערליכע פרויען שפרה און פועה, וואס זיי האבן געמאכט לעבן אידישע קינדער אין מצרים. דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תחומין הלכה ו, אות יח) די צדיקים ווערן אנגערופן "מְיַלְּדוֹת הָעִבְרִיּוֹת", ווייל זיי זענען עוסק צו לעבעדיג מאכן אידישע קינדער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יא:) וואס איז די נאמען שפרה און פועה? שִׁפְרָה, "שֶׁמְּשַׁפֶּרֶת הַוָּלָד", זי מאכט שיין דעם קינד, פּוּעָה, "שֶׁפּוֹעָה וּמְדַבֶּרֶת וְהוֹגָה לַוָּלָד כְּדֶרֶךְ הַנָּשִׁים הַמְפַיְּסוֹת תִּינוֹק הַבּוֹכֶה", זי רעדט צום קינד, אזוי ווי די סדר פון פרויען וואס רעדן שיין צום קינד, בארואיגן דאס קינד פון וויינען; זאגט רבי נתן, דאס טוען די צדיקים, 'שפרה' זיי מאכן שיין אידישע קינדער, זיי זוכן אויף אין אידישע קינדער גוטע זאכן, זיי זוכן נקודות טובות, זיי ווייזן פאר דעם מענטש 'קוק ביסט יא שיין, ביסט יא ווערד, האסט אין דיר אזויפיל גוטס'. אזוי אויך ווערן די צדיקים אנגערופן בלשון פועה, "כִּי כֵן הוּא מַמָּשׁ עִסְקֵי הַצַּדִּיקִים עִם יִשְׂרָאֵל", דאס איז דאך ממש וואס די הייליגע צדיקים טוען מיט אידישע קינדער, "שֶׁפּוֹעִין וְהוֹגִין וּמְדַבְּרִין עִמָּהֶן וְשׁוֹרְקִין וּמְצַפְצְפִין וּמְרַמְּזִין אֲלֵיהֶם", זיי רעדן, זינגען, פייפן, קוויטשקען און ווינקען, "לְחַזְּקָם", זיי צו שטארקן, "לְעוֹרְרָם", זיי אויפצואוועקן, "וּלְהַגְבִּיהָם", זיי אויפהייבן, "וְלַהֲרִימָם", זיי דערהייבן, "מִכָּל מִינֵי נְפִילוֹת וִירִידוֹת וְהַשְׁלָכוֹת שֶׁלָּהֶם", פון וואו זיי זענען אראפגעפאלן און פארווארפן, "שֶׁיִּזָּרְזוּ בְּכָל יוֹם וּבְכָל עֵת לְהִתְעוֹרֵר מֵחָדָשׁ בַּעֲבוֹדַת ה' בְּכָל מַה שֶּׁיּוּכְלוּ לַחֲטֹף", זיי זאלן זיך שטענדיג אויפוועקן און אנהויבן פונדאסניי, "וְהוּא מַמָּשׁ כְּדֶרֶךְ שֶׁמְּפַיְּסִין תִּינוֹק הַבּוֹכֶה, שֶׁזֶּהוּ בְּחִינַת פּוּעָה", ממש אזוי ווי די פרויען וואס בארואיגן א קינד פון וויינען, "וְהַדְּבָרִים מוּבָנִים לְכָל אֶחָד לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ רַחֲמָנוּת הַצַּדִּיקֵי אֱמֶת עָלֵינוּ אֲשֶׁר עַל יָדָם ה' יִתְבָּרַךְ מְחַזֵּק וּמְנַחֵם אוֹתָנוּ", דאס איז זייער פארשטענדליך פאר די וואס ווייסן די רחמנות פון די אמת'ע צדיקים, וואס דורך זיי העלפט אונז דער אייבערשטער און טרייסט אונז, אזוי ווי עס שטייט: "כְּאִישׁ אֲשֶׁר אִמּוֹ תְּנַחֲמֶנּוּ כֵּן אָנֹכִי אֲנַחֶמְכֶם" וְכוּ'.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט גערעדט מיט די קינדער וואס דו האסט זיי געכאפט קוקן עבירות, זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט זיי געלערנט דאס נישט צו טון און זיי געזאגט אז זיי קענען תשובה טון, אזוי זאלסטו ווייטער טון; זאלסט אכטונג געבן די קינדער זאלן זיין הייליג, זאלסט זיי אויפבויען, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער האט זיי ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#9 - וואס טו איך מיט די קינדער וואס קוקן נישט גוטע זאכן?
חינוך הילדים, קדושה, תשובה, מוסר, מלמדים, עונשים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, איך פרוביר צו רעדן צו די קינדער פון אמונה, יראת שמים, און קדושה. היינט איז מיר ווידער אויסגעקומען צו רעדן פון דעם, און נאכ'ן שיעור איז א אינגל צוגעקומען צו מיר און געזאגט אז עס איז דא צוויי קינדער וואס זאגן אז זיי האבן געזען צוזאמען א זייער שלעכטע מאווי.


וואס טוט מען אין אזא פאל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט זוכה צו לערנען מיט תינוקות של בית רבן תורה ויראת שמים. מען קען נישט באגרייפן דאס גרויסקייט פון א מלמד, די מלמדים היטן די וועלט, אויף זייער זכות שטייט די גאנצע וועלט.


דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי הייבט אן דעם הייליגן ספר זוהר אין די הקדמה (דף א): "מָאן מְקַיֵּם עָלְמָא", אויף וועמענס זכות שטייט די וועלט? "וְגָרִים לַאֲבָהָן דְּאִתְגַּלְּיָן", אין וועמענס זכות ווערן אנטפלעקט די הייליגע אבות? "קַל יְנוֹקֵי דְּלָעָאן בְּאוֹרַיְתָא", אין די זכות וואס אידישע קינדער לערנען די הייליגע תורה. "וּבְגִין אִנּוּן רַבְיָין דְּעָלְמָא", אין די זכות פון די קינדער, "עָלְמָא אִשְׁתְּזִב" - היט דער אייבערשטער די וועלט. "לְקָבְלֵיהוֹן (שיר השירים א) תּוֹרֵי זָהָב נַעֲשֶׂה לָךְ, אִלֵּין אִנּוּן יְנוֹקֵי רַבְיָין עוּלְמִין", תורי זהב, דאס זענען די אידישע קינדער, "דִּכְתִיב (שמות כה) וְעָשִׂיתָ שְׁנַיִם כְּרוּבִים זָהָב".


וואויל איז דיר אז דו רעדסט פון קדושה וטהרה; זאלסט ווייטער רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, שמירת עיניים און שמירת הדיבור. וועסט זען על פי רוב נאכן רעדן צו קינדער פון קדושה פון יראת שמים, אז עס שווימט ארויף מעשיות, קינדער קומען דערציילן וכו'. אז א קינד איז דיר געקומען דערציילן אז קינדער קוקן עבירות זאלסטו נעמען די קינדער, יעדן קינד באזונדער, און אויספרעגן; ווען מען פרעגט אויס קינדער דארף מען זיי ווייזן פון איין זייט שטארקייט, און אויך רחמנות; דער קינד דארף וויסן אז ער האט געטון אן עוולה, אבער נאר אז מען ווייזט אים אז ער קען תשובה טון, ער האט א וועג צוריק צום אייבערשטן - וועט ער זיך מודה זיין און מען וועט אים קענען מאכן פאר א צדיק; אז מען ווארפט א שרעק, א מורא - קען זיין ער וועט מודה זיין, אויך קען זיין אז ער וועט פון יאוש גארנישט דערציילן.


אז די קינדער וועלן דיר דערציילן וואס גייט פאר - זאלסטו זיי זאגן: "דער אייבערשטער לאזט נישט קוקן עבירות, דער אייבערשטער איז אויף אלעס מוחל, אבער ביי דעם איז דער אייבערשטער נישט מאריך אפו", אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ, חוּץ מִן הַזְּנוּת", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט ווארט דער אייבערשטער מען זאל תשובה טון, אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן - דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, נאר דער אייבערשטער באשטראפט דעם מענטש מיט א ביטערן עונש.


אויב עס פעלט זיך אויס - זאלסטו רעדן צו די עלטערן, אבער נאר אז עס וועט העלפן, זיי וועלן העלפן די קינדער.


זיי שטארק, גיי אן ביי דיין הייליגע ארבעט.