שאלה אין קורצן ענין
#3 - ווי אזוי פיר איך זיך מיט שחרית, ווען איך לויף שפעט צו די ארבעט?
פרנסה, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און פאר מיין לעבן. איך ארבעט שווער פאר פרנסה, איך דארפן פארן יעדן טאג א ווייטע וועג צו מיין ארבעט, און אמאל פלעג איך לויפן פאר די שקיעה און לייגן תפלין ערגעץ אין א ווינקל, אבער זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים דאווען איך ב"ה יעדן טאג אלע דריי תפלות מיט מנין, און איך גיי אין מקוה יעדן טאג חק ולא יעבור.


איך האב געוואלט פרעגן אזוי, איך בין זייער באגרעניצט אין צייט אינדערפרי, און איך קום אסאך מאל אן שפעט צום דאווענען. האב איך דאן צוויי ברירות, אדער אויסצולאזן די הללויה'ס און עס משלים זיין שפעטער אויפ'ן באס צום ארבעט, איידער איך הייב אן מיינע שיעורים, אדער קען איך דאווענען געהעריג און גארנישט אויסלאזן, אבער לכבוד דעם וועל איך נישט דאווענען מיט מנין. וואס איז ענדערש צו טון?


יישר כח נאכאמאל פאר אלעס.


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט אין שול יעדן טאג דאווענען מיט מנין.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.): עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי? תְּלָתָא פַּרְסֵי", און ער איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן. האט דער אייבערשטער געמאכט א נס אז עס זענען געקומען קליינע ווערעמלעך און געלעכערט דעם בארג ביז דער בארג איז אים אריין געפאלן אויפן האלז און אים דערשטיקט, נאכדעם איז געקומען משה רבינו, ער האט געגעבן א שפרינג און אים דערלאנגט א קלאפ אויף זיין פיס און אים גע'הרג'עט.


זאגט דער רבי, אז 'עוג מלך הבשן' דאס איז דער 'יצר הרע' וואס ער האט פיינט יעדן איד און וויל אים הרג'נען. ווען ער זעט אז א איד האלט זיך אין מחנה ישראל דורך די 'ג' פרסה', דאס הייסט זיינע דריי תפילות, נעמט ער זיך איבער אים און זאגט: 'איך וועל אויסרייסן פון אים די דריי תפילות, אזוי וועל איך אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל'.


דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער שטארק אז א מענטש זאל אנהייבן מזלזל זיין אין דאווענען; קודם הייבט דער מענטש אן צו פארפאסן מנחה מעריב, נאכדעם הייבט מען אן שניידן פון שחרית; מען ווערט א גאנצער תלמיד חכם - מען ווייסט שוין וואס איז דער עיקר דאווענען און וואס איז נאר א לכתחילה וכו' וכו', ביז מען הערט אויף אינגאנצן צו דאווענען; אזוי נעמט דער יצר הרע אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן.


אבער דער צדיק אמת - משה רבינו - לערנט אויס פארן מענטש: "געב א שפרינג" – "טאנץ ארויס פון בעט", און "טאנץ אריין אין שול", מיט דעם הרג'עסטו דעם יצר הרע. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח.): "בָּא לְהָרְגְךְ - הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ", לייגט דער זוהר הקדוש צו איין ווארט (הקדמת תקוני זהר, ח:): "הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ - בִּצְלוֹתָא"; הרג'ע אים מיטן דאווענען, ווייל דורך דעם וואס מען מען דאווענט שחרית מנחה מעריב הרג'עט מען דעם יצר הרע.


שנייד נישט קיין שטיקלעך ביים דאווענען; געוואוין זיך צו צו דאווענען פון 'אדון עולם' ביז 'עלינו לשבח' ווארט ביי ווארט אין א סידור. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "נאך אלע כוונות וואס איך ווייס, ווען עס קומט צום דאווענען דאוון איך ווי קינד  - בתמימות ובפשיטות"; דער עיקר איז צו דינען דעם אייבערשטן אן קיין שום דריידלעך.


א ליכטיגן חנוכה.

#2 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט א שווערע שווער און שוויגער?
שמחה, עצבות, מנין, שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט פאר נישט צו לאנג, איך מיט מיין ווייב ארבעטן און מיר פרובירן אנצוגיין אין לעבן, איך בין אבער זייער פארווייטאגט אין לעבן, צוליב מיין שווערע שווער און שוויגער מיט וועמען איך בין אריינגעפאלן.


איך בין געווען זייער א גוטער און געלונגענער בחור, ווען ס'איז אבער געקומען צו שידוכים איז מיר געגאנגען זייער שווער, ווייל איך האב איין באבע וואס איז א ספרדי'שע, און ביי אונז אין חסידות ... איז דאס א געפערליכע זאך, און ס'שאדט זייער שטארק פאר א שידוך.


האב איך געמוזט מסכים זיין צו דעם שידוך, מיט א שווער און שוויגער וואס זענען נישט אינגאנצן בסדר, עס פעלט זיי נישט קיין געלט, אבער ביי זיי גייט עס אז די זין באקומען אלעס, זיי האבן געקויפט דירות פאר אלע זין, אבער די טעכטער באקומען גארנישט, שוין אינמיטן די שבע ברכות האבן זיי נישט געוואלט געבן פאר מיין ווייב צוויי שקלים ווייל זי האט שוין חתונה געהאט און זי באלאנגט שוין אין זייער משפחה...


דער מצב טוט מיר זייער וויי, און דאס מאכט מיר זייער דעפרעסט. פאר די חתונה פלעג איך דאווענען, רעדן צום אייבערשטן, און איך פלעג לערנען פלייסיג, אבער יעצט דאווען איך נישט שוין צייטליך, איך דאווען נישט מיט מנין, כ'האב שוין נישט געעפנט קיין גמרא אין דריי חדשים, איך בין זייער דעפרעסט און טרויעריג.


איך האף איר וועט מיר קענען מחזק זיין און ארויסהעלפן.


א גרויסן יישר כח, ארי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ארי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל אבער איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם; דיין שווער קומט דיר עפעס?! דיין שוויגער קומט דיר עפעס?! וואס איז מיט דיר געשען אז דו ביסט אזוי דיפרעסט - עד כדי כך אז דו גייסט נישט דאווענען און דו לערנסט נישט? טאנץ פאר שמחה אז דו האסט א ווייב, פארוואס זאלסטו נישט קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון; דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר א נס אז דו האסט חתונה געהאט און דו האסט א טייערע ווייב, אנשטאט דו זאלסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף דעם נס, זוכסטו פון אונטער דער ערד אויף וואס זיך אפצורעדן... איך וואלט דיר געזאגט דו זאלסט אויף הערן צו באשולדיגן יעדן איינעם, וויי קיינער איז דיר גארנישט שולדיג.


א מענטש וואס דאנקט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך ווייל יעדע זאך איז ביי אים ווי א מתנה; אז ער קען זען - איז דאס ביים אים א מתנה; אז ער קען הערן, רעדן און שמעקן - איז ביי אים ווי א מתנה און ער דאנקט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף די אלע זאכן - אזא מענטש איז נישט ברוגז אויף קיינעם, ער חזר'ט שטענדיג צו זיך: 'קיינער קומט מיר גארנישט און קיינער איז מיר גארנישט שולדיג; בפרט מיין טאטע מאמע, שווער און שוויגער און מיין ווייב זענען מיר גארנישט שולדיג, אדרבה איך בין זיי שולדיג 'הכרת הטוב''; אזא מענטש לעבט א זיסע און געשמאקע לעבן ווייל יעדע זאך וואס ער באקומט דאנקט מען און מען לויבט פון וועם מען האט עס באקומען.


איך האף אז דו רעדסט נישט צו דיין ווייב אנטקעגן אירע עלטערן; אפילו זי אליינס קען זיך אמאל אפרעדן אויף איר טאטע מאמע זאלסטו חס ושלום נישט רעדן אויף זיי, ווייל דאס וועט איר זייער וויי טון און דאס וועט מאכן א פירוד אין דיין שלום בית. רעדט צו איר שיין פון אירע עלטערן, דאס וועט ברענגען קירוב לבבות צווישן אייך.


ווען דו גייסט צו דיין שווער און שוויגער זאלסטו זיי מכבד זיין, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב, שמואל-א, כד): "חַיָיב אָדָם בְּכָבוֹד חָמִיו כְּבִּכְבוֹד אָבִיו", א מענטש איז מחויב צו מכבד זיין זיין שווער פונקט אזוי ווי ער דארף מכבד זיין זיין טאטע; נאך אביסל וועסטו שוין האבן א גרויס מיידל, טראכט אריין ווי אזוי עס וועט זיך שפירן ווען איינער וועט קומען און איר אנרעדן אנטקעגן דיר? ער וועט האבן אזויפיל שכל ווי דיר און ער וועט שרייען אז דו קומסט אים די גאנצע וועלט, ער וועט נאך ברענגען זיינע ראיות וכו', ווי אזוי וועט דיר עס שמעקן?


זע צו לערנען אין שטוב און גיי נישט ארויס ביינאכט, א אינגערמאן דארף זיין אין שטוב ביינאכט; לערן אין שטוב אז דיין ווייב זאל זען ווי דו לערנסט. א פרוי האט זייער ליב צו זען ווי איר מאן לערנט און זי קוקט אסאך מער ארויף איר מאן ווען זי זעט אים לערנען.


אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה וועסטו האבן פון אלעם גוטס; דו וועסט נישט דארפן געלט פון דיין שווער, אדרבה, דו וועסט האבן אזוי פיל אז דו וועסט נאך קענען העלפן דיינע עלטערן און דיין שווער און שוויגער, דו וועסט זיין א משפיע נישט קיין מקבל.


א ליכטיגן חנוכה.

#1 - ווי אזוי גייט מען ארויס פון חובות?
תפילה והתבודדות, חובות, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, איך בין זיך מחיה און איך לעב מיט די דרשות, איך האב ב"ה אנגעהויבן לערנען, איך לערן יעדן טאג חומש, א דף גמרא און ש"ס כסדרן, אביסל תהלים און אפאר פרקים משניות.


איך ארבעט זייער שווער פון צופרי ביז ביינאכט, און דאס דאווענען מיט מנין קומט מיר אן זייער שווער, ממש מיט מסירות נפש, און די איינציגסטע זאך וואס איז מיר מחזק איז דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז דאס דאווענען מיט מנין ברענגט דבר שבמנין, דאס ברענגט געלט.


איך זע אבער אז ביי מיר ארבעט עס נישט, איך האב חתונה געהאט קוים עטליכע יאר צוריק, און איך האב שוין צוועלף טויזנט דאלער חובות. איך האב געהערט א שיעור איבער די שעדליכקייט פון קרעדיט קארדס, און איך האב טאקע צוגעמאכט אלע קארטלעך, אבער איך קען נישט דעקן מיינע הוצאות.


זעענדיג אז איך בין סיי ווי אנגעזעצט מיט חובות, פארליר איך די חשק צו דאווענען מיט מנין. איך דארף חיזוק אויף דאווענען מיט מנין, און א וועג ווי אזוי ארויסצוגיין פון חובות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, נר ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט אין שול יעדן טאג דאווענען שחרית, מנחה און מעריב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן"; "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן?" ווען איז אן עת רצון, "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט; ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס מען איז זוכה ווען מען דאווענט מיט מנין וואלטן אלע מקפיד געווען אויף דעם זייער שטארק.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.): ווען מען דאווענט מיט מנין נעמט דער אייבערשטער אן די תפילות אפילו מען האט נישט אינזין וכו'; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", ווען א מענטש קומט יעדן טאג אין שול און ער פארפעלט אמאל צו קומען, פרעגט זיך דער אייבערשטער גלייך נאך אויף אים: "וואו איז דער מענטש, וואס איז מיט אים אז ער איז נישט געקומען היינט אין שול?" און דער אייבערשטער העלפט אים; זעט מען פון דעם אז ווען מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך די השגחה אויף זיך, דעריבער בעט איך דיר שטארק זיך ווייטער צו דאווענען מיט מנין, זיי נישט מזלזל אין דעם, וועסטו זוכה זיין צו האבן שפע.


בענין דיינע חובות וכו';  בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין ארויס צו גיין פון דיינע חובות ווייל חובות איז זיייער א שלעכטע זאך פארן מענטש. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן עז): "מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשָׂיו בִּמְהִירוּת בְּלִי יִשׁוּב הַדַּעַת נַּעֲשֶֹה בַּעַל חוֹב", ווער עס טוט זאכן שנעל אן ישוב הדעת ווערט א בעל חוב; נאך זאגט דער רבי  (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל זיך היטן פון זיין א בעל חוב.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי ארויס צו גיין פון חובות, אז מען זאל אנהייבן באצאלן צוביסליך; דעריבער אז דו ווילסט באמת ארויסגיין פון דיינע חובות זאלסטו אזוי טון, הייב אן באצאלן דיינע חובות צוביסליך וועסטו קענען אלעס באצאלן. דאס איז בדוק ומנסה, אבער א מענטש טראכט: 'איך האב א חוב פון הונדערט טויזנט דאללער, ווי וועל איך דאס קענען באצאלן?' און דערפאר באצאלט ער גארנישט, ער גייט נאר אריין טיפער אין חובות וכו' וכו', אבער אז מען צאלט צוביסליך - נאך אביסל און נאך אביסל - ענדיגט מען מיט אלע חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.