שאלה אין קורצן ענין
#13 - ווי אזוי שטעלט מען איין דרך ארץ ביים שיעור?
חיזוק פאר פרויען, צדיקים, מוהרא"ש, דרך ארץ, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר מאכן יעדע וואך א חבורה ביי אונז אין שטאט צו הערן אינאיינעם א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, ס'זענען אבער דא אזעלכע וואס רעדן ביים שיעור, און דאס שטערט פון קענען געהעריג אויסהערן און מיטהאלטן. וואס קען מען טון אז ס'זאל זיין שטיל ביים שיעור, אז דער עולם זאל זיצן מיט דרך ארץ.


היינט איז ברוך ה' געווען א שיינע חבורה, און מיר האבן זיך שטארק מחזק געווען.


אויך וויל איך וויסן ווען ס'וועט זיין א שיעור פאר פרויען, ווייל פרויען רופן מיין ווייב אז זיי ווארטן שוין אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מודיעין עילית, בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נישט מקבל זיין תורה פון א רבי נאר אויב עס איז דא דרך ארץ; אויב מען שמועסט בשעת'ן שיעור איז ענדערש נישט צו מאכן קיין שיעור, אויב ווילט איר מאכן א שיעור דארף דאס זיין מיט גרויס דרך ארץ.


ווער עס געדענקט, ווען מוהרא"ש פלעגט געבן א שיעור פלעגט זיין א שטארקע דרך ארץ, אויב איינער האט געוואלט שמועסן פלעגט מוהרא"ש איבערהאקן דעם שיעור און זאגן יענעם נישט צו רעדן, ווייל מען קען נישט מקבל זיין נאר מיט דרך ארץ.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה"; ווייל די תורה קען נאר איבערגיין פון א רבי צו תלמידים ווען די תלמידים האבן דרך ארץ, זיי זיצן מיט הכנעה. נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת ל:): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁיּוֹשֵׁב לִפְנֵי רַבּוֹ, וְאֵין שִׂפְתוֹתָיו נוֹטְפוֹת מֹר", די תלמידים וואס זיצן ביי זייער רבי אן דרך ארץ, "תִּכָּוֶינָה", וועט ווערן אפגעבריט זייער ליפן.


ביי אונז מאכט מען אויך שיעורים; אינגעלייט האלטן מיט די שיעורים אין געוויסע געגנטער, אבער אלע זיצן מיט דרך ארץ, מען רעדט נישט; נאר אזוי קען מען מאכן די שיעורים.


די שיעורים וואס מען גרייט אן פאר פרויען קומט אויס בערך יעדן ערב ראש חודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - וואס איז די עצה צו בלייבן מקושר צום צדיק?
ספרי ברסלב, צדיקים, התחדשות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע בריוון, עס איז מיר אזוי שטארק מחזק. און ספעציעל א יישר כח פאר די הערליכע טעגליכע שיעורים, עס האט געטוישט מיין לעבן. איך האב שוין געענדיגט אסאך מסכתות הש"ס, און איך האב שוין געענדיגט אסאך מאל משניות.


איך האב געזען א ווידיאו פון מוהרא"ש זי"ע, איך דערקען דארט מענטשן וואס מ'זעט זיי שוין נישט מער אין היכל הקודש, איך ציטער איך זאל ח"ו נישט קאלט ווערן און אויך איבערלאזן די הייליגע פלאץ, וואס איז די עצה צו בלייבן מקושר צום צדיק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "יעדעס מאל מען קומט צום צדיק דארף עס זיין מיט א פרישקייט, מען זאל טראכטן 'דאס איז די ערשטע מאל וואס איך גיי צום צדיק'"; מען דארף געדענקען ווער מען איז, ווי אזוי מיר קוקן אויס אן דעם רבי'ן, דעמאלט וועט מען בלייבן שטענדיג מקושר צום הייליגן רבי'ן.


אז דו ווילסט בלייבן מקושר צום הייליגן רבי'ן זאלסטו זיך מתבודד זיין יעדן טאג; זאלסט יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון אזא רבי וואס איז אונז מחי', און בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, בעט: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג בלייבן צוגעבינדן צום הייליגן רבי'ן; העלף מיר איך זאל זיך נישט אפקילן, מיין שייכות צום רבי'ן זאל זיין פריש, איך זאל נישט ווערן אפגעקילט".


נאך אן עצה צו בלייבן מקושר צום רבי'ן, זאלסט זיך מאכן זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים; מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש ליקוטי מוהר"ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "יְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן איז מען זוכה צו ווערן אן אמת'ער בעל תשובה, "וְאָמַר שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת", נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, "אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכע איד; וְאָמַר בְּזוּ הַלָשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען".


אויך זאלסטו לערנען די שמועסן פון רבי'ן: חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


ובעיקר זאלסטו לערנען יעדן טאג אן קיין אויסנאם "ספר אשר בנחל"; בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונז. אז מען לערנט אשר בנחל איז אזוי ווי מען לערנט אלע ספרים פון רבי'ן און רבי נתן; אשר בנחל איז דער תמצית פון רבינ'ס ספרים, ווען מען לערנט די בריוו ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


מוהרא"ש האט דערציילט אז מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר רבי נתן דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א "כל בו", ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס: דרוש; חסידות וכו'; האט זיך רבי נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנ'ס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק מען שפירט זיך ווי אין גן עדן; און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין אזא שטיק געטליכקייט אזוי ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו - זעט מען די לויטערע ריינע אמונה און מען הויבט אן בענקען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - איך הער אסאך רעדן קעגן מוהרא"ש, ווי אזוי דערהאלט איך זיך?
חסידות ברסלב, צדיקים, מוהרא"ש, בית המדרש, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין גאנצע לעבן איז די שיעורים, איך האב אנגעהויבן לעבן נאכדעם וואס איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און לערנען די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע.


איך דריי זיך א סביבה וואו ס'זענען דא אסאך ברסלב'ע אידן, אבער זיי האלטן נישט פון מוהרא"ש און זיי רעדן אסאך קעגן אים, און עס שטערט מיר זייער שטארק. כאטש וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר אז מ'דארף קוקן נאר וואס איך באקום, וואס איך האב אין די האנט, שפיר איך אבער אז איך דארף נאך חיזוק אויף די נושא, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיש נישט צוזאם איינס מיט'ן צווייטן; אז זיי רעדן אנטקעגן צדיקים זענען זיי שוין נישט קיין ברסלב'ע חסידים.


וויסן זאלסטו אז מען קען זיצן אין ברסלב, זיך דרייען אין ברסלב, קענען אלע ברסלב'ע מענטשן, וכו', וכו' - און מען האט נישט קיין שום שייכות מיט ברסלב; כל זמן מען פאלגט נישט דעם רבי'ן איז מען א גרויסער רחמנות, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


איך וואלט דיר גע'עצה'ט אז דו זאלסט ענדערש גיין דאווענען אין א שול וואו מען רעדט נישט אויף אנדערע, אפילו עס איז נישט קיין ברסלב'ע שול, ווי איידער צו זיצן מיט לצים, מניוולים, וואס פאררופן זיך ברסלב'ע; ווייל ווער עס רעדט אויף צדיקי אמת, צדיקים וואס האבן זייער גאנצע לעבן עוסק געווען אין פארשפרייטן דעם אייבערשטן פאר די גאנצע וועלט, איז א סימן אז עפעס טויג נישט מיט אים, זיינע עבירות שרייען ארויס פון אים. מוהרא"ש שרייבט כמה פעמים אז די אלע וואס רעדן אויף אים זענען גרויסע בעלי עבירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערער עזות פנים ווי איינער וואס דעווייגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?


פאלג מיר, דריי זיך נישט דארט מיט לצים וואס רעדן אנטקעגן צדיקים; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח) אז די אלע וואס רעדן אויף צדיקים און ערליכע אידן זיי ווילן באמת רעדן אנטקעגן דעם אייבערשטן, נאר זיי שעמען זיך און האבן מורא אז מען וועט זיי אנשרייען ווען זיי רעדן אנטקעגן די אמונה, דערפאר פארדרייען זיי די ווערטער כאילו זיי רעדן אויף צדיקים. מיט דעם טייטשט דער רבי דעם פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם, וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ"; "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי ווילן באמת רעדן אויפ'ן אייבערשטן, אבער זיי האבן מורא, דעריבער: "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף צדיקי אמת, אבער באמת איז "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#10 - ווי אזוי קען מען וויסן וואו ס'איז דער אמת'ער פלאץ צו וואו מ'דארף גיין?
כיבוד אב ואם, צדיקים, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי קען מען וויסן וואו ס'איז דער ריכטיגער אמת'ער פלאץ וואו מ'דארף גיין, ס'זענען דא אזויפיל רבנים און רבי'ס, ווי אזוי קען מען וויסן ווי ס'איז דער פלאץ וואו מ'דארף גיין?


אויך וויל איך וויסן אויב מ'טרעפט א פלאץ וואו מ'ווערט מחוזק צו דינען דעם אייבערשטן, און די עלטערן זענען מתנגד אויף דעם פלאץ, אויב מעג מען אהינגיין? און אויך וויל איך וויסן אויב איך דארף גיין צו די רבי פון מיינע עלטערן, וואס איך שפיר אז ס'איז נישטא קיין אמת דארט, דארף מען מיטשפילן מיט די עלטערן און אהינגיין זיי צו מאכן גוט שפירן?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות טו) א תשובה אויף דיין שאלה, איך בין דיר מעתיק א שטיקל פון די צוואה:


"וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק", עד כאן לשונו.


אויף די צווייטע פראגע וכו'; זאלסטו וויסן אז דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי־אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכטע האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" פאר יעדן איינעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר־כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּה כְּלוּם", אבער ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך – זאגט דער רבי – איז מיט'ן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


מוהרא"ש זאגט אז דער שיחה פון רבי'ן גייט ארויף בכלליות אויף אלע תאוות און בפרטיות אויף דעם וואס א מענטש לויפט נאך א מנהיג, א רבי וכו'; דער רבי לויפט ארום מיט א פארמאכטע האנט און אלע חסידים לויפן אים נאך, יעדער מיינט אז ער האט עפעס, ביז עס קומט דעם לעצטן טאג פון לעבן עפנט דער מנהיג זיינע הענט און מען זעט ליידיגע הענט השם ירחם; ווען מען גייט צו א רבי טאר מען זיך נישט לאזן נארן, דער עיקר דארף מען קוקן 'וואס געבט מיר דער רבי אין מיינע הענט? מיט וואס גיי איך אהיים? אויב דער רבי איז מיר מזכה מיט תורה, ער ברענגט אריין אין מיר אמונה ברורה ומזוככת, איך הייב אן שפירן ווי אלעס איז דער אייבערשטער' - דעמאלט איז גוט, אבער סתם גיין צו א רבי וואס געבט דיר גארנישט, נאר צוליב דעם וואס דיינע עלטערן גייען דארט - איז נישט ריכטיג.


מען זעט בגשמיות, ווען א מענטש איז נישט געזונט זוכט ער א דאקטער וואס קען אים היילן, דארט איז נישט דא די גאנצער זאך: "איך גיי צו דעם דאקטער ווייל זיין טאטע איז געווען מיין טאטענ'ס דאקטער", נאר א מענטש קוקט וואס איז גוט פאר אים, ווער היילט אים? ווער נעמט אים ארויס פון זיינע מחלות? אזוי דארף מען קוקן ווען עס קומט צו עבודת השם. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "דער צדיק איז אזוי ווי א דאקטער"; ער היילט אויס דעם מענטש ברוחניות, דארף מען קוקן אויף תכלית, ווער ברענגט דיר נאנט צום אייבערשטן .


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.

#9 - ווי אזוי טרייסט מען זיך נאך די פטירה פון סקולענער רבי זצ"ל?
התחזקות, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א הארציגן יישר כח פאר אלע שיעורים און דרשות, כ'בין זיך ממש מחיה, דאס געבט מיר אסאך חיזוק אנצוגיין מדי יום ביומו.


פארגאנגענע וואך איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז דער גרויסער צדיק הרה"ק מסקולען זצוק"ל, דאס איז א געוואלדיגער קלאפ און ווייטאג, און איך בין ממש שבור ורצוץ פון דעם.


כ'האב געהאט די זכיה אסאך זיך צו דרייען ביי אים, און זיך אפגעשעפט חיזוק און חיות און געשמאק אין אידישקייט און אין שבת ויום טוב, כ'האב ממש נישט געגלייבט אז דאס קען פאסירן, כ'בין געווען זיכער אז מיט אים וועט מען גיין קעגן משיח'ן.


כ'האב אזויפיל מתפלל געווען ער זאל זיין געזונט און שטארק, און ליידער האלט מען שוין דא. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן דברי נחמה וחיזוק, פאר מיר און זיכער פאר נאך אידן וואס זענען צעקלאפט און צעבראכן פון דעם, ווי אזוי קען מען זיך טרייסטן און ווייטער אנגיין אין אזא מצב?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ה' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות תשובה, סימן פה): "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", אז א מענטש וויינט אויף אן ערליכער איד וואס איז אוועק פון די וועלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט מאכט מען זיך א חשבון הנפש און מען זעט וואס בלייבט פונעם מענטש: נאר תורה ותפילה, מצוות ומעשים טובים; דאס ברענגט אז מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, איך וויל אויך לערנען יעדן טאג תורה, איך וויל אויך אכטונג געבן מקיים צו זיין אלע מצוות"; דאס זאגט דער רבי: "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", דער וואס וויינט ווען אן ערליכער איד גייט אוועק פון די וועלט; ער ווייינט אויף זיך: "וואס וועט זיין מיט מיר? ווען וועל איך זיך שוין אויפהייבן פון מיין בלאטע? ווען וועל איך שוין אפלאזן אלע נארישקייטן?" דעמאלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף זיינע עבירות.


דער רחמנות איז אויף אונז; אויף דעם צדיק איז נישט קיין רחמנות ווייל ער גייט ארויף אויבן אין הימל און עס קומען אים אנקעגן אלע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיין תורה און תפילה אויף וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען אלע זיינע יארן, עס קומען אים אנקעגן אלע נשמות פון צדיקים און מען רופט אויס אין הימל: "מאכטס פלאץ פאר די נשמה וואס האט כל ימיו געלערנט תורה! מאכטס פלאץ פאר די נשמה וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער און האט אריין געברענגט תורה ביי אידישע קינדער, ער האט אריין געברענגט יראת שמים אין אידישע קינדער!" די רחמנות איז אויף אונז.


יעצט ווען דער סקולענער רבי זכרונו לברכה איז אוועק פון די וועלט דארפן מיר תשובה טון, מער לערנען און מער דאווענען אנצופולן דאס וואס פעלט יעצט אויף די וועלט.


איך האב זוכה געווען צו זיין זייער אסאך ביים סקולענער רבי זכרונו לברכה; פון אלץ קינד ביז מיין חתונה פלעג איך גיין יעדע איינציגסטע פרייטאג צו נאכטס צום טיש, אויך פלעג איך אלע יארן אום חול המועד באגלייטן מיין זיידע דער קארלסבורגער רב שליט"א ווען ער פלעגט גיין באזוכן להבחל"ח דעם סקולענער רבי זכרונו לברכה, איך פלעג מיט האלטן די שיינע שמועסן צווישן זיי און די ניגונים וואס זיי פלעגן זינגען. אויך אלץ יונגער בחור ווען איך האב געלערנט ביים סעדרעהעלי'ער רב שליט"א האבן מיר זיך געפונען דורכאויס די זוממער וואכן אינעם תחום שבת פונעם סקולענער רבי, פלעג איך זיך אריבער כאפן פרייטאג צו נאכטס און מוצאי שבתים, ווען מיר זענען געזיצן אין די באנגעלאו צוזאמען מיטן רבי'ן און מיט נאך אפאר בחורים, מען האט געזינגען לכבוד שבת און געהערט שיינע ווערטער וכו'.


דער עיקר דארף מען זיך אפלערנען פון די יראת שמים און די מידות טובות פונעם צדיק; דאס איז די גרעסטע מופת. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט): "וְעִקַּר הַחִדּוּשִׁים וְהַמּוֹפְתִים הַנּוֹרָאִים שֶׁרָאִינוּ מִמֶּנּוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הוּא רַק בְּעִנְיַן הִתְקָרְבוּת יִשְׂרָאֵל לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", דער עיקר מופתים וואס מיר האבן געזען ביים הייליגן רבי'ן איז געווען נאר אינעם ענין פון מקרב זיין אידישע קינדער צום הייליגן באשעפער, "שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁנִּכְנַס אֶחָד אֶצְלוֹ וְרָצָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, תֵּכֶף נֶהְפַּךְ מִיָּד לְאִישׁ אַחֵר מַמָּשׁ", אז יעדעס מאל ווען איינער וואס האט געוואלט ווערן אן ערליכע איד איז געקומען צום רבי'ן האט מען געזען ווי דער מענטש ווערט אן אנדערער מענטש.


דער אייבערשטער זאל אונז רחמנות האבן אויף אונז אלע און אונז שיקן דעם גואל צדק במהרה בימינו, אמן.

#8 - ווי אזוי קענט איר זאגן אז מ'טאר זיך נישט אויסרעדן פאר א חבר?
תפילה והתבודדות, צדיקים, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אייערע דרשות און חיזוק מיט וואס איך בין זיך זייער מחיה, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין.


איך האב געהערט אסאך מאל ביי אייערע דרשות, ווי אויך געליינט אין די בריוו, אז א מענטש זאל קיינמאל נישט דערציילן פאר א חבר און פאר קיינעם נישט זיינע עבירות און שוואכקייטן אין אידישקייט, ער זאל עס נאר דערציילן פאר אייבערשטן אליין.


דאס זעט מיר אבער אויס צו זיין א סתירה צו דעם וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטל קטן (סעיף י"ג) אז מ'זאל יא נעמען א באגלייבטער חבר און אים דערציילן אלע שלעכטע זאכן וואס ער טראכט. וזה לשון קדשו, "לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל המחשבות והרהורים רעים אשר הם נגד תורתינו הקדושה אשר היצר הרע מעלה אותן על מוחו ולבו, הן בשעת תורה ותפילה, הן בשכבו על מטתו, והן באמצע היום, ולא יעלים שום דבר מחמת הבושה, ונמצא על ידי סיפור הדברים שמוציא מכח אל הפועל, משבר את כח היצר הרע שלא יוכל להתגבר עליו כל כך בפעם אחרת, חוץ עצה הטובה אשר יוכל לקבל מחבירו שהוא דרך השם, והוא סגולה נפלאה".


איך האף אז איר וועט מיר דאס פארענטפערן, ווייל דאס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן.


יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו פארפלאנטערט ווערן מיט די פלאנטער וואס רופט זיך "חברים", און מען דארף שטענדיג געדענקען אז 'א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, נאר דעם אייבערשטן'; אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות ט): "זִכְרוּ הֵיטִיב וּתְיַישְּׁבוּ עַצְמְכֶם וְאָז תִּרְאוּ כִּי שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם, וְהַכֹּל הֶבֶל הֲבָלִים", געדענקט גוט און נעמט דאס גוט אריין אין אייער קאפ, אז איר האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, "אַף אֱחָד לֹא יָכוֹל לַעֲזוֹר לָכֶם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַזִּיק לָכֶם", קיינער קען אייך נישט העלפן און זיכער נישט שלעכטס טון, "וְעַל כֵּן אַל תִּירָאוּ וְאַל תֵּחַתּוּ מִשּׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאַל תַּחֲנִיפוּ אֶת שׁוּם בִּרְיָה, כִּי לֹא יוֹעִיל כְּלָל, אֶלָּא עוֹד יַזִיק לָכֶם בִּבְרִיאוּתְכֶם", דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און איר זאלט זיך נישט חנפ'נען קיינעם, ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן, פארקערט דאס וועט אייך שאטן צום געזונט, "כִּי כְּשֶׁאָדָם שָׂם בִּטְחוֹנוֹ בְּבָשָׂר וָדָם, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁאֵינוֹ נַעֲשָׂה כִּרְצוֹנוֹ אֲזַי בָּא לִידֵי אַכְזָבוֹת גְּדוֹלוֹת עַד מְּאֹד, וְנִשְׁבָּר לְגַמְרֵי, וְנוֹפֵל רוּחוֹ, וְנֶחֱלַשׁ דַּעְתּוֹ", ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן און דערנאך זעט מען אז יענער איז נישט אינטערעסירט דיר צו העלפן און ער קען דיר נישט העלפן, דאן ווערט מען זייער אנטוישט און זייער צעבראכן, "אֲבָל בָּזֶה שֶׁמַּכְנִיסִים אֶת עַצְמוֹ לְגַמְרֵי בֶּאֱמוּנָה פְּשׁוּטָה בּוֹ יִתְבָּרַךְ, אָז מַצְלִיחִים בְּכָל הָעִנְיָנִים, כִּי אֵינוֹ חוֹנֵף לְשׁוּם בִּרְיָה, וְכֵן אֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם בִּרְיָה, וְחַי אֶת הַחַיִּים שֶׁלּוֹ", אבער אז מען גלייבט אינעם אייבערשטער און מען פארלאזט זיך אויף אים - איז מען זייער מצליח, עיין שם.


דאס האט מוהרא"ש גע'חזר'ט מיט אונז זיין גאנץ לעבן, אז מיר זאלן זיך אריין נעמען אין קאפ אז מיר האבן קיינעם נישט אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן.


דאס וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן יג): "לְסַפֵּר בְּכָל פַּעַם לִפְנֵי הַמוֹרֶה לוֹ דֶרֶךְ הַשֵׁם, וַאֲפִילוּ לִפְנֵי חָבֵר נֶאֱמָן - כָּל הַמַחְשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים אֲשֶׁר הֵם נֶגֶד תּוֹרָתֵינוּ הַקְדוֹשָׁה וכו'", מען זאל דערציילן פאר א רבי אדער פאר א באגלייבטער חבר אלע שלעכטע מחשבות וואס איז אנטקעגן די תורה, און נעמען פון אים אן עצה וכו' - דאס איז נישט קיין סתירה צו דאס וואס מוהרא"ש פלעגט אונז מזהיר זיין אז מיר זאלן נישט דערציילן פאר קיינעם וואס מען האט געטון וכו', דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע מיינט א 'חבר', אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (בפירוש המשניות מסכת דמאי ב, ג): "'חָבֵר' - נִקְרָא תַּלְמִיד חָכָם, וְכֵן יִקְרְאוּ לְתַלְמִידֵי חֲכָמִים 'חֲבֵרִים'", אין משניות און אין גמרא רופט מען אן א תלמיד חכם מיטן נאמען 'חבר' און תלמידי חכמים – 'חברים', פארוואס רופט מען זיי אן מיטן נאמען 'חברים'? "כִּי חֶבְרָתָם זֶה לָזֶה חֶבְרָה נֶאֱמָנָה, כִּי הִיא חֶבְרָה לְשֵׁם שָׁמַיִם", דוקא א תלמיד חכם אן ערליכער איד איז א ריכטיגער חבר נאמן, אבער סתם מענטשן זענען נישט קיין חברים; אן ערליכער איד וועט דיר העלפן מיט עצות, ער וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך צוריקערן צום אייבערשטן, אבער פון סתם מענטשן דארף מען זיך זייער היטן.


די בעסטע זאך איז מען זאל דערציילן אלעס וואס מען האט געטון פארן אייבערשטן, אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, בשוגג אדער במזיד; ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך צו מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


אבער אין א פאל וואס א מענטש שפירט אז ער דארף צו איינעם רעדן, צוליב דעם וואס ער גייט אריבער שווערע צייטן; ער האט אין זיך שולד געפילן פון שלעכטע מעשים וכו' און ער שפירט ווי ער מוז דאס פאר איינעם דערציילן, זאל ער זוכן דוקא אן ערליכער איד, איינער וואס איז דבוק צום אייבערשטן און צו די תורה, און פון אים נעמען אן עצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#7 - דארף מען זיין מקושר צו א סביבה, אדער קען מען אליין אויך מצליח זיין?
צדיקים, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין שאלה איז אויב א מענטש דארף זיין מקושר צו א סביבה, קהלה, וכדומה, אדער קען א מענטש לעבן פאר זיך אליין, און נישט האבן גארנישט מיט קיינעם.


אויב האב איך נישט א פלאץ וואו איך בין מקושר אהין, דארף איך זוכן אזא פלאץ? און פארקערט אויך, אויב בין איך צו שטארק מקושר צו א פלאץ איז דאס א פראבלעם? מיינט דאס אז איך קען זיך נישט אליין אן עצה געבן, אדער בין איך גוט אויך אזוי?


פארשטייט זיך אז איך רעד נאר פון ערליכע און גוטע פלעצער, און איך האף אז איר וועט דאס מיר קענען אויסקלארן.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי גרויס א מענטש זאל נאר זיין קען ער האבן גרויס נוצן פון א גוטער חבר.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְשָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר, שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה, בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ: אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ – הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ, כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", איך האב געהערט פון אן אמת'ן צדיק, אז ער האט נישט געהאט קיין חבר וואס זאל אים מחזק זיין און זאגן: "בְּרִידֶער, שְׁטַארְק זִיך אוּן דֶערְהַאלְט זִיך"; אויב וואלט אים איינער געזאגט די ווערטער: "בְּרִידֶער, שְׁטַארְק זִיך אוּן דֶערְהַאלְט זִיך", וואלט ער געקענט אסאך מער אנקומען בעבודת השם, אבער קיינער האט אים דאס נישט געזאגט; עס איז באוואוסט אז דער רבי האט געמיינט מיט דעם זיך אליינס. זעט מען פון דעם אז אפילו דער גרעסטער צדיק דארף אויך התחזקות.


אויך איז באוואוסט אז ר' נתן האט געהאט איין גוטער חבר - ר' נפתלי זכרונו לברכה; ער איז געווען איינער פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פאר די הבטחה פון תיקון הכללי, שפעטער איז געקומען ר' עוזר א תלמיד פון ר' נתן און ער האט שיעור נישט אנגעדרייט א מחלוקה צווישן ר' נפתלי מיט ר' נתן, האט ר' נתן געבעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך האב נאר איין חבר ר' נפתלי, יעצט קומט דא עוזר און וויל אים אויך אוועק נעמען פון מיר וכו'"; זעט מען פון דעם אז אפילו גרויסע צדיקים וואס זענען עוסק אין מחזק זיין די גאנצע וועלט דארפן אויך האבן התחזקות.


שלמה המלך זאגט (קהלת ד, ט): "טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד, אֲשֶׁר יֵשׁ לָהֶם שָׂכָר טוֹב בַּעֲמָלָם", צוויי מענטשן זענען בעסער ווי איינער אליין, פארוואס? "כִּי אִם יִפֹּלוּ, הָאֶחָד יָקִים אֶת חֲבֵרוֹ, וְאִילוּ הָאֶחָד שֶׁיִּפּוֹל וְאֵין שֵׁנִי לַהֲקִימוֹ", אז מען גייט אליינס, מען לעבט אליינס אן א גוטע חברותא, דעמאלט ווען מען גייט אריבער א שווערע צייט האט מען נישט מיט וועם זיך צו מחזק זיין, אבער אז מען האט גוטע חברים איז גרינגער פארן מענטש זיך אויפצוהייבן פון זיינע שווערע צייטן.


דער הייליגער רבי, ער איז אונזער רבי ביז משיח וועט קומען; ער היילט אונז און ער מאכט פון אונז אנשים כשרים. דאך דארף א מענטש האבן א גוטע חברותא וואס זאל אים מחזק זיין.


מיר געפינען ביי אדם הראשון, אז ווען ער האט געזינדיגט מיטן עץ הדעת איז ער ביי זיך זייער אראפגעפאלן, און אנשטאט תשובה טון האט ער זיך אפגעשיידט פון זיין ווייב פאר הונדערט און דרייסיג יאר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין יח:): "כָּל אוֹתָן הַשָּׁנִים שֶׁהָיָה אָדָם הָרִאשׁוֹן בְּנִדּוּי הוֹלִיד רוּחִין וְשֵׁידִין וְלִילִין", די אלע יארן וואס אדם איז געווען אפגעשיידט האט ער געזינדיגט רחמנא לצלן; ביז ער האט געפרעגט זיין זון קין (ויקרא רבה י, ה): "אָמַר לוֹ: מַה נַּעֲשָׂה בְּדִינֶךָ?" וואס איז געבליבן מיט דיין עבירה פון הרג'נען הבל, "אָמַר לוֹ: 'עָשִׂיתִי תְּשׁוּבָה וְנִתְפַּשַׁרְתִּי'", האט אים קין געענטפערט: איך האב תשובה געטון, "כֵּיוָן שֶׁשָּׁמַע אָדָם הָרִאשׁוֹן כָּךְ הִתְחִיל טוֹפֵחַ עַל פָּנָיו, אָמַר לוֹ כָּל כָּךְ הִיא כֹּחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה וְלֹא הָיִיתִי יוֹדֵעַ!" ווען אדם הראשון האט געהערט פון זיין זון קין אז ער האט תשובה געטון האט ער זיך אנגעהויבן צו פאטשן אין פנים און געשריגן: אזוי גרויס איז די כח פון תשובה און איך האב נישט געוואוסט דערפון ביז יעצט?! "בְּאוֹתָהּ שָׁעָה אָמַר אָדָם הָרִאשׁוֹן (תהלים צב, א): 'מִזְמוֹר שִׁיר לְיוֹם הַשַּׁבָּת'", האט ער גלייך אנגעהויבן זינגען צום אייבערשטן דעם קאפיטל "מִזְמוֹר שִׁיר לְיוֹם הַשַּׁבָּת, טוֹב לְהֹדוֹת לַה'", עס איז גוט צו מודה זיין פארן אייבערשטן אויף וואס מען האט געטון נישט גוט.


זעט מען פון דעם אז אפילו אדם הראשון וואס ער האט געהאט אזא גרויסע רבי  - דעם אייבערשטן אליין, האט אויך געדארפט האבן א גוטער חבר וואס זאל אים שטארקן און מחזק זיין ער זאל נישט אראפפאלן, און וויבאלד ער האט דאס נישט געהאט איז ער נעבעך הונדערט און דרייסיג יאר געווען פארווארפן פונעם אייבערשטן, איז דאך זיכער אז מיר קליינע מענטשלעך דארפן האבן א גוטע חברותא וואס לאזט נישט פאלן; דאס איז די מעלה פון האבן א גוטער חבר וואס איז מחזק.


פון דער אנדערע זייט דארף מען זייער אכטונג געבן זיך נישט צו לאזן נארן; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי־אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכט האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי "וואס האב איך אין  מיין האנט?" און פאר יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר־כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּה כְּלוּם", ביים ענדע עפענט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך – זאגט דער רבי – איז מיטן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט, עפענט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט, מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


מוהרא"ש זאגט אז דער שיחה פון רבי'ן גייט ארויף בכלליות אויף אלע תאוות, און בפרטיות גייט דאס ארויף אויף דעם וואס א מענטש לויפט נאך א מנהיג, א רבי וכו'; דער רבי לויפט ארום מיט א פארמאכטע האנט און אלע חסידים לויפן אים נאך, אלע מיינען אז ער האט עפעס פאר אים, ביז עס קומט דעם לעצטן טאג פון לעבן עפענט דער מנהיג זיינע הענט און מען זעט ליידיגע הענט השם ירחם; דערפאר ווען מען גייט צו א חבורה, צו א מנהיג, צו א גוטע איד וכו', דארף מען אלץ קוקן צי מען באקומט עפעס אין די האנט, אויב גייט מען אוועק פון דארט מיט ליידיגע הענט איז א סימן אז מען נארט זיך. אפילו דער גוטער איד איז צדיק, א באהאלטענע צדיק, א ל"ו צדיק, א צדיק וואס פליט אין הימל וכו', אויב קען ער מיר נישט מזכה זיין מיט מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מיט לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא וכו', איז אלעס בלאף; אויב איך הייב נישט אן רעדן מיטן אייבערשטן, איך באקום נישט פון דעם פלאץ שכל ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, אדער מכבד זיין מיינע עלטערן וכו' איז אלעס נארישקייטן.


ליידער פארנארט מען היינט מענטשן, בפרט מיט לשונות פון קבלה וואס מיט דעם איז זייער גרינג צו פארפירן מענטשן; מען לויפט נעבעך נאך א מענטש וואס איז בלינד, קרום און שטום, אזוי ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יב, מבעל תפילה): "א טייל האבן געזאגט אז דער עיקר תכלית איז כבוד וכו' האבן זיי געזוכט א מענטש וואס לויפט זייער נאך זיין כבוד, ביז זיי האבן געזען ווי מען טראגט אן אלטן בעטלער א ציגיינער, און עס זענען אים נאכגעגאנגען פינעף הונדערט ציגיינערס, און דער בעטלער איז געווען בלינד, קרום און שטום", עיין שם; נעבעך, מען נעמט א רבי א מנהיג וואס איז בלינד, ער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיינע מענטשן, און ער איז שטום - ער רעדט פון אלעס נאר נישט פונעם אייבערשטן.


דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן - שנת תקע"א, האט דער רבי געזאגט די תורה תקעו תוכחה (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח); ביי אנשי שלומינו איז דאס די צוואה פון רבי'ן, זאגט דארט דער רבי: "עַל כֵּן כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", די אלע וואס זענען זוכה צו מקורב ווערן צו אן אמת'ן מנהיג זענען זוכה צו האבן אמונה, "אֲבָל בֶּאֱמֶת צְרִיכִין לְחַפֵּשׂ וּלְבַקֵּשׁ מְאֹד מְאֹד אַחַר מַנְהִיג אֲמִתִּי כָּזֶה", אבער מען דארף זוכן זייער שטארק אז מען זאל טרעפן א אמת'ן מנהיג, "וְצָרִיך לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ן מנהיג, "כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", כדי מען זאל זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה, "כִּי כְּשֶׁמִּתְקָרְבִין, חַס וְשָׁלוֹם, לְמַנְהִיג שֶׁל שֶׁקֶר", ווייל ווען מען ווערט מקורב צו א פאלשער מנהיג, "עַל יְדֵי זֶה בָּאִין, חַס וְשָׁלוֹם, לֶאֱמוּנוֹת כָּזְבִּיּוֹת", פארלירט מען די אמונה, און מען הייבט אן גלייבן אין פאלשע זאכן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל אונז אלע העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו לעבן מיט א ריינע אמונה.

#6 - וועט רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע מיר העלפן קעגן די פאליציי?
צדיקים, דרייוון, געזעץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאר אסאך ארום מיט מיין קאר, און איך געוואוינט צו ערלעדיגן זאכן אויפ'ן טעלעפאן בשעת'ן דרייוון, איך בין ב"ה א גוטער דרייווער אבער מיט די פאליציי קען איך זיך נישט אן עצה געבן, זיי שטעלן מיר אפ כסדר, און איך האב פון דעם אסאך געלט שאדן.


מיין חבר זאגט מיר אז ער האט אויפגעהאנגען אין זיין קאר א בילד פון רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע און די פאליציי שטעלט אים קיינמאל נישט אפ, וויל איך וויסן אויב איך זאל אויך אזוי טון, איך וועל פרובירן צו זיין מער פארזיכטיג, אבער אפשר וועט דאס בילד מיר ראטעווען פון די פאליציי, און אויך אויב איך זאל פייטן מיינע יעצטיגע טיקעטס מיט דעם בילד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת'ן דרייוון טאר מען נישט נוצן דעם טעלעפאן; בשעת מען דרייווט דארף מען האלטן קאפ אויפן דרייוון, ווייל א קאר איז אזוי ווי א ביקס, מיט א קאר קען מען הרג'ענען מענטשן און מען קען אליינס ווערן גע'הרג'ט רחמנא לצלן.


ווער עס דרייווט א קאר דארף האלטן די געזעצן, אויב האלט מען נישט די געזעצן איז מען א מופקר און מען האט א דין ווי א רוצח.


מוהרא"ש זאגט אז ווען בית דין וואלט ווען גע'משפט אויף דרייוון שנעל, אויף זיך נישט אפשטעלן וואו מען דארף זיך אפשטעלן, אדער אויף טעקסטן בשעת'ן דרייווען וכו' וואלטן זיי גע'פסק'עט טויזנט מאל הארבער ווי די רעגירונג באשטראפט; ווייל אז מען דריייווט דארף מען האלטן די געזעצן, אויב ווילסטו פירן געשעפטן אונטערוועגנס זאלסטו דיר דינגען א שאופער וואס זאל דיך דרייוון, אזוי וועסטו קענען זיין פארנומען מיט דיין צווייטע נשמה - דיין טעלעפאן, וואס דו ביסט צו דעם פארקנעכטעט.


דאס אז דיר גייט נישט אן דיין לעבן, דו שפילסט זיך ארום מיט דיין סעלפאון בשעת'ן דרייווען - איז איין צרה, אבער ווי שעמסטו זיך נישט צו מאכן ליצנות פון א צדיק פון פריערדיגן דור; דו ווילסט לייגן א בילד פון א צדיק און ווייטער פירן דיין קאר מיט רציחה?! איך וואלט דיר געזאגט זאלסט לייגן א בילד פון א צדיק אין קאר פשוט אז דו זאלסט באקומען דורכדעם אביסל ישוב הדעת, אז דו וועסט קוקן אויפן צדיק וועסטו טראכטן: 'איין מינוט, וואס טוט זיך מיט מיר? ווען וועל איך אפלאזן מיין טעלעפאן?' אז דו וועסט זען פאר דיינע אויגן א בילד פון א צדיק וועסטו טראכטן: 'ווען וועל איך זיין אן ערליכער איד?'


דער הייליגער ר' נתן פלעגט שטענדיג אנזאגן פאר זיינע תלמידים זיי זאלן נישט טון קיין זאכן וואס איז אנטקעגן די געזעץ וכו', האט זיך געמאכט אז איינער פון די תלמידים האבן נישט געפאלגט, יענער האט געמאכט געשעפטן וואס די רעגירונג האט נישט געלאזט טון, ביז מען האט אים געכאפט און עס האט געווארט אויף אים א שווערע משפט פון עטליכע יאר תפיסה, איז ער געקומען זיך אויסרעדן זיין הארץ צו ר' נתן אז מען האט אים געכאפט טון געשעפטן אנטקעגן דעם געזעץ און עס ווארט אים תפיסה, ער האט געזאגט: "איך האב חרטה וואס איך האב געטון און איך וויל ארויס גיין פון מיין פלאנטער, איך וויל נישט גיין אין תפיסה", האט אים ר' נתן געזאגט: "א מענטש קען אייביג תשובה טון, מען קען אייביג פארעכטן וואס מען האט קאליע געמאכט; ווען דו וואלסט באמת חרטה געהאט אויף וואס דו האסט געטון וואלסטו זיך ארויס געדרייט פון דיין פלאנטער, אבער היות דו האסט נישט באמת חרטה, נאר דו טראכסט 'פארוואס האב איך נישט אכטונג געגעבן אז די פאליציי זאלן מיר נישט כאפן', און דו מאכסט אפ ביי דיר: 'קומענדיגע מאל וועל איך מער אכטונג געבן', דאס איז נישט קיין חרטה, דאס איז א פארברעכן.


דאס זעלבע איז מיט דיר. דו פארסט ווי א רוצח; בשעת'ן דרייוון שרייבסטו און ליינסט דיין סעלפאון און דו ווילסט אן עצה מען זאל דיר נישט אפשטעלן?! וואס ווילסטו איך זאל דיר מחזק זיין? וואס זאל איך דיר ענטפערן?!


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דיין לעבן און א צווייטנס לעבן זאל זיין חשוב אין דיינע אויגן און דו זאלסט פאלגן די געזעצן בשעת'ן דרייוון. מאך דיר א חשבון וויפיל געלט גייט דיר אוועק א חודש פאר טיקעטס... עס איז דאך א הימל געשריי, דאס איז ממש וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן עז): "מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשָׂיו בִּמְהִירוּת בְּלִי יִשּׁוּב הַדַּעַת, נַעֲשֶׂה בַּעַל חוֹב", ווער עס טוט זאכן שנעל אן ישוב הדעת ווערט א בעל חוב; דאס מיינט מען אויך אז מען דרייווט שנעל אן קיין ישוב הדעת ווערט מען א בעל חוב. אנשטאט וואס זאלסט געבן אפאר דאללער פאר דיין ווייב, אנשטאט אהיים ברענגען עסן פאר דיין משפחה, דארפסטו אוועק צאלן חודש'ליך א שיינער געהאלט פאר דיינע טיקעטס.


איך האף אז דו וועסט באמת חרטה האבן אויף דיינע מעשים וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

#5 - זאל מען פארן קיין מירון ווען מ'האב חובות?
חובות, צדיקים, קברי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן און איך ווילן ביידע ער זאל פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר, דער פראבלעם איז נאר אז דאס קאסט אסאך געלט, סיי די טיקעט און סיי די איבריגע זאכן ארום און ארום, און מיר האבן יעצט אסאך חובות.


מיר פרובירן טאקע צוביסלעך אפצוצאלן אלע חובות, אבער די נסיעה קיין מירון קען מאכן די חובות נאך גרעסער. מיר וועלן זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז שרייבן וואס מיר זאלן טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ארויס גיין פון אייערע חובות; פון פארן צו קברי צדיקים דערלייגט מען נישט. אדרבה, אז איר וועט פארן קיין מירון צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי און דארט מתפלל זיין אז איר זאלט ארויס גיין פון אייערע חובות, וועט איר נאר געהאלפן ווערן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ט.): "כְּדַאי הוּא רַבִּי שִׁמְעוֹן לִסְמֹך עָלָיו בִּשְׁעַת הַדְּחַק", זאגן אויף דעם די צדיקים, אז ווען א מענטש איז אין א שעת הדחק, ער איז צעדרוקט, "וועט די זכות פונעם הייליגן תנא רבי שמעון מגין זיין אויף אים ער זאל ארויס קריכן פון זיין דחק", אזוי ווי רבי שמעון זאגט (סוכה מה:): "יָכוֹל אֲנִי לִפְטֹר אֶת כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ מִן הַדִּין וְכוּ'", איך קען פטר'ן די גאנצע וועלט פון דין; ממילא זאלט איר פארן צום הייליגן תנא רבי שמעון, און אז איר וועט אויסניצן די צייט דארט וועט איר ארויס גיין פון אייערע חובות און איר וועט האבן פרנסה בריווח.


דער אייבערשטער זאל אונז אלע העלפן בזכות התנא האלוקי רבי שמעון אז מיר זאלן אלע געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס מיר דארפן.

#4 - איך פארשטיי נאכאלץ נישט פארוואס איר וואונטש אן א מענטש מיט גשמיות
התחזקות, חסידות ברסלב, צדיקים, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד מזכה הרבים, הרה"ח רבי יואל ראטה שליט"א,


איך האב ערהאלטן אייער לענגערע תשובה אויף דעם וואס איך האב געפרעגט פארוואס איר וואונטש אן איינעם אז יענער זאל האבן א שיינע הויז און א שיינע קאר, א זאך וואס מ'האט נישט געהערט פון אמת'ע ברסלבע חסידים. איר האט מיר געענטפערט באריכות אז איר האט געקענט אן אמת'ן ברסלבער חסיד, וואס דאס איז געווען מוהרא"ש, און אזוי ווייטער האט איר מאריך געווען אין דעם ענין וואס ס'מיינט אן אמת'ער ברסלבער חסיד.


דאס איז אבער נישט געווען קיין ענטפער אויף מיין שאלה, איך האב פארשטאנען אז איר מיינט צו זאגן אז מוהרא"ש פלעגט יא אזוי אנווינטשן, ואם קבלה היא נקבל, איך וויל אבער נאכאלץ פארשטיין פארוואס מ'זאל אזוי אנווינטשן, דאס איז דען דער ציל פון א איד? אן אמת'ער ערליכער איד דארף נישט ארויסקוקן און האפן אז ער וועט האבן גשמיות און חמריות, ער דארף ווארטן און האפן צו עבודת ה', פארוואס זאלט איר רעדן צו מענטשן מיט אזא שפראך וואס קען אויסזען אזוי ווי די וועלט איז דער עיקר, און נישט יענע וועלט?


א גרויסן יישר כח.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, ווען מען וויל מקרב זיין מענטשן צום הייליגן באשעפער דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט און וואס מען רעדט. אודאי איז דער וועלט נישט קיין עיקר נאר דער עיקר איז זיך אנצוגרייטן אויף יענע וועלט, דער וועלט איז נאר א פרוזדור אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, טז): "הָעוֹלָם הַזֶּה דּוֹמֶה לַפְּרוֹזְדוֹר בִּפְנֵי הָעוֹלָם הַבָּא", די וועלט איז ווי א דורכגאנג פאר יענע וועלט, "הַתְקֵן עַצְמְךָ בַפְּרוֹזְדוֹר, כְּדֵי שֶׁתִּכָּנֵס לַטְּרַקְלִין", מען דארף זיך אנגרייטן אויף די וועלט מיט מצוות און מעשים טובים כדי מען זאל זוכה זיין צו עולם הבא; אבער ווי לאנג א מענטש איז נאך ווייט פון דעם, דארף מען ארום דרייען מיט אים וכו' ביז מען איז זוכה אריין צו שיינען אין אים דעם אמת'ן תכלית.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פא): "וּכְשֶׁהַצַּדִּיק מְדַבֵּר בְּתוֹרָה אוֹ בִּתְפִילָּה, נִקְרָא אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וְהַדִּבּוּרִים שֶׁהוּא מְדַבֵּר עִם הֲמוֹן עַם בְּשִׂיחַת חֻלִּין הוּא נִקְרָא פְּסֹלֶת אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וְלָמָּה מְדַבֵּר שִׂיחַת חֻלִּין? כְּדֵי לְקַשֵּׁר אֶת הֲמוֹן עַם אֶל הַדַּעַת", דער צדיק לאזט זיך אראפ צו פשוט'ע מענטשן, ער שמועסט מיט זיי שיחות חולין כדי ער זאל זיי קענען דורכדעם צוברענגען צום אייבערשטן; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ט.): ווען תלמי המלך האט געבעטן די חכמים זיי זאלן אים אראפ שרייבן די תורה: "נָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בְּלֵב כָּל אֶחָד וְאֶחָד עֵצָה, וְהִסְכִּימוּ כֻּלָּן לְדַעַת אֶחָת, וְכָתְבוּ לוֹ 'אֱלֹהִים בָּרָא בְּרֵאשִׁית'", דער אייבערשטער האט אריין געגעבן פאר אלע חכמים זיי זאלן שרייבן געוויסע ווערטער אנדערש ווי עס שטייט אין די תורה, צום ביישפיל, זיי האבן געשריבן "אלקים ברא בראשית" אנשטאט "בראשית ברא אלקים", ווייל אנדערש וואלט ער דאס נישט פארשטאנען.


עס איז ידוע אז דער רבי האט כסדר געהייסן און געמאנט מען זאל רעדן מיט מענטשן און זיי מקרב זיין צום הייליגן באשעפער, פארציילט ר' נתן (חיי מוהר"ן, סימן שעז): איך האב געהערט פון רבינ'ס ברודער רבי יחיאל זכרונו לברכה, אז ער האט געפרעגט דעם הייליגן רבי'ן וואס מען קען טון אז ווען מען רעדט מיט מענטשן קומט אסאך מאל אויס צו רעדן נארישקייט, ווייל מען קען דאך נישט צו גיין צו א מענטש און גלייך רעדן צו אים פון אלוקות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "הַשָּׂגוֹת אֱלקוּת אִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיג כִּי אִם עַל יְדֵי צִמְצוּמִים רַבִּים", נאר מען דארף שמועסן סתם זאכן פארדעם און נאכדעם וכו' און אינצווישן קען מען רעדן פונעם אייבערשטן, האט אים דער רבי געזאגט: "וויבאלד נאכדעם ברענגט מען אריין אין יענעם אמת'ע דיבורים, איז אלעס כדאי".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן י): מענטשן וואס זענען נאך זייער ווייט פונעם אייבערשטן קען מען נאר מקרב זיין צום אייבערשטן אויף דעם וועג ווי אזוי יעקב אבינו האט אריין געברענגט דעם אייבערשטן אויף דער וועלט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיהו ב, ה): "בֵּית יַעֲקֹב לְכוּ וְנֵלְכָה בְּאוֹר ה'", און יעקב אבינו האט אויף דעם וועג מגלה געווען דעם אייבערשטן אויף די וועלט מער פון די אנדערע אבות הקדושים.


און דער רבי איז דאס מסביר, ביי אברהם אבינו שטייט (מדרש תהלים, פז): "כִּי אַבְרָהָם קְרָאוֹ הַר", אברהם אבינו האט אריין געברענגט אין דער וועלט די אמונה אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און מען דארף זיך צו אים באהעפטן; ער האט אויסגעלערנט אז מען דארף זיך אפשיידן פון דער וועלט. אויב מען וויל זיין אן ערליכער איד דארף מען אפלאזן און נישט האבן קיין שייכות מיט דער וועלט, מען זאל גיין אויף די בערג, זיין אפגעזונדערט פון אלעמען און זיך באהעפטן צום אייבערשטן. די מדריגה איז געווען די מדריגה פון די הייליגע נביאים; זיי פלעגן זיין אפגעשיידט פון מענטשן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף אלישע הנביא (ילקוט שמעוני מלכים-ב, רמז רכח), ער האט געדארפט זיין אפגעשיידט פון מענטשן ווייל ער האט זיך אזוי אויסגעלייטערט אז זיין פנים איז געווארן זייער הייליג און פארכטיג, אזוי ווייט אז ווען טראגעדיגע פרויען האבן אים געזען פלעגן זיי פון רוב פחד פארלירן וכו', זיי פלעגן מפיל זיין די קינדער, דעריבער האט ער געדארפט זיין אפגעשיידט פון מענטשן. ער פלעגט זיך שטענדיג געפונען צווישן די בערג, דארט האט ער געקענט דינען דעם אייבערשטן אן דעם וואס מען זאל אים שטערן, און אזוי אויך אלע נביאים פלעגן זיך געפונען רוב צייט אין די מדבריות.


די מדריגה איז טאקע זייער א גרויסער מדריגה אבער עס האט אויך א חסרון, ווייל נישט יעדער איינער קען זוכה זיין זיך אפצושיידן פון דער וועלט, נישט יעדער איינער קען זיצן טאג און נאכט צווישן די בערג. א מענטש האט דאך א ווייב און קינדער, ער קען זיי נישט אפלאזן. איז געקומען יצחק אבינו וואס ער האט אריין געברענגט דעם מושג פון: "וְיִצְחָק קְרָאוֹ שָׂדֶה", ער האט אריין געברענגט אז מען דארף זיך נישט אינגאנצן אפשיידן פון דער וועלט, מען דארף נישט זיין אויף די בערג, מען קען גיין דאווענען אין פעלד, דאס איז שוין נישט אזוי שווער פאר מענטשן צו טון. מען גייט אביסל ארויס פון שטאט וואס דארט זענען דא פעלדער, און אזוי קען מען זיך באהעפטן צום אייבערשטן.


דאס איז געווען די מדריגה פון די הייליגע תנאים און אמוראים; זיי פלעגן גיין אין די פעלדער און דארט האבן זיי זיך מדבק געווען צום הייליגן באשעפער. אזוי ווי מיר געפונען אין זוהר הקדוש אז די תלמידים פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי פלעגן גיין אין פעלדער און אין היילן וואו זיי האבן געלערנט תורה און זיך צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אבער די מדירגה איז נאך אויך ווייט פון סתם מענטשן, ווייל נישט יעדער איינער קען זיך אפשיידן פון זיין טאג טעגליכער ארבעט און גיין אין פעלד וכו', פאר א גוי איז דאס זיכער נישט געמאכט; אז דו וועסט זאגן פאר א גוי ער זאל גיין אין פעלד וועט ער דיר ענטפערן: "איך בין א חיה?" "וואס זאל איך טון אין פעלד?" א גוי פארשטייט נישט די זאכן, אויב ווייסט ער אז מען קען נאר רעדן צום אייבערשטן און זיין באהאפטן צו אים אין פעלד וועט ער דאס נישט נעמען; איז געקומען יעקב אבינו און מגלה געווען דעם ענין פון: "וְיַעֲקֹב קְרָאוֹ בַּיִת", יעקב אבינו האט אויסגעלערנט מען זאל עוסק זיין אין תפילה אפילו אין שטוב, מען קען זיין אין שטוב און דארט דאווענען, מען קען זיין דבוק צום אייבערשטן און וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער - אין שטוב; בעט דעם אייבערשטן אויף שטוב זאכן, בעט דעם אייבערשטן אויף אלע דיינע געברויכן וואס דו דארפסט האבן.


זאגט דער רבי: "שֶׁהוּא מְקוֹם יִשּׁוּב לִבְנֵי אָדָם יוֹתֵר מִשָּׂדֶה", אין דעם וועג פון יעקב אבינו האט שוין יעדער איינער א געפיל, "כִּי הֶעֱלָה אֶת הַתְּפִילָּה מֵהַר וְשָׂדֶה, לִבְחִינַת בַּיִת", יעקב אבינו האט אויסגעלערנט מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע קלייניגקייט; אזוי ווי ר' נתן האט דערציילט אז ער איז אמאל געקומען צום הייליגן רבי'ן און ער האט דערציילט פארן רבי'ן אז זיין רעקל איז צעריסן, האט אים דער רבי געזאגט: "בעט דעם אייבערשטן אויף דעם" און ר' נתן האט זיך געוואונדערט: 'אויף אזא קלייניגקייט זאל איך בעטן דעם אייבערשטן?!' האט אים דער רבי געזאגט: "אודאי! מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, וואס איז?" - האט אים דער רבי געפרעגט - "עס פאסט דיר נישט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?"


ווען א מענטש וויל א שיינע קאר, ער וויל א שיינע הויז; אויב וועסטו אים זאגן: "דאס איז נישט דער תכלית", וועט ער דיר נישט אויסהערן. דאס איז די סיבה פארוואס זייער אסאך בני נעורים לאזן אפ זייער רצון צו זיין אן ערליכער איד, ווייל פון איין זייט ווילן זיי עולם הזה, אבער מען לערנט מיט זיי אז דאס איז א סתירה מיט זיין אן ערליכע איד; וואס פאסירט? אנשטאט זיי זאלן מחליט זיין: 'מיר לאזן אפ עולם הזה, מיר וועלן גיין אויף די בערג, מיר שיידן זיך אפ פון דעם וועלט', מאכן זיי א פארקערטע החלטה, זיי לאזן אפ זייער רצון צו זיין א צדיק. אבער אז מען לערנט זיי אויס: "וְיַעֲקֹב קְרָאוֹ בַּיִת", דעמאלט שרייען זיי אלע אויס: "לְכוּ וְנֵלְכָה בְּאוֹר ה'".


באמת וויל יעדער מענטש זיין אן ערליכער איד, נאר זיין מח פארנעמט נאך נישט "בראשית ברא אלקים", זיין מח פארנעמט נאך נישט צו זיין אפגעטיילט מזה העולם, דארף מען אים זאגן "אלקים ברא בראשית", מען דארף מיט אים לערנען אזוי ווי שיטת בית הלל (שבת לא.) ווי ער האט זיך אפגעגעבן מיט די גוים ווען זיי זענען געקומען מיט זייערע קטנות און משוגעת'ן וכו'; ער האט זיי געזאגט: "מען קען לערנען כל התורה כולה ווי לאנג מען שטייט אויף איין פיס", "מען קען זיך מגייר זיין און ווערן א כהן גדול", "מען קען לערנען נאר תורה שבכתב אן תורה שבעל פה". אבער לכאורה, ווי קען מען לערנען כל התורה כולה ווי לאנג מען שטייט אויף איין פוס? און קען דען א גר ווערן כהן גדול? מען האט זיכער פארגעהאלטן הלל הזקן היתכן ער זאגט פארן גוי ער זאל זיך מגייר זיין און ער וועט ווערן כהן גדול; קען מען דען לערנען תורה שבכתב אן תורה שבעל פה? אבער הלל הזקן האט אונז געלערנט ווי אזוי מען דארף זיך אראפ לאזן צו יעדן איינעם און אריין לייגן אין יעדן סארט מענטש אז עס איז דא א באשעפער, ביז זיי וועלן אליינס אוועק ווארפן זייערע נארישקייטן.


גלייב מיר, מען קען צוריק ברענגען אלעמען צום אייבערשטן; אנשטאט זאגן פאר א מענטש אז עולם הזה איז נארישקייט, זאג אים: "אויב דו וועסט לערנען און דאווענען, וועסטו האבן א שיינע קאר און א שיינע הויז".


מען זעט ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן עוסק געווען מקרב צו זיין אידישע קינדער, זיי האבן גענוצט עולם הזה צו משכנע זיין אז מען זאל אנהייבן לערנען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (בבא מציעא פה.): אז דער הייליגער תנא רבי אלעזר בן רבי שמעון האט געהאט א זון וואס איז נישט געווען אזוי ערליך, נאך זיין פטירה איז רבינו הקדוש געגאנגען און ער האט געוואלט צוריק ברענגען זיין זון צום אייבערשטן; רבינו הקדוש האט אים אפגעגעבן כבוד, ער האט אים גערופן 'רבי' און ער האט געלערנט מיט אים, אבער ער האט נישט געוואלט לערנען תורה, ער האט יעדן טאג געמוטשעט אז ער וויל שוין אוועק גיין פון ישיבה, האט אים רבי געזאגט: "איך פארשטיי דיר נישט, 'חַכִּים עֲבַדוּ יָתָך', אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה וועסטו ווערן א חכם, 'וְגוּלְתָא דְדַהֲבָא פְּרַסוּ עֲלָך', מען וועט דיר אנטון מיט טייערע קליידער, יעדער וועט דיר מכבד זיין 'וְרַבִּי קָרוּ לָך', מען וועט דיר רופן רבי, 'וְאַתְּ אָמְרַת לְקִרְיָיתִי אֲנָא אֵיזֵיל?' און נאך אלץ ווילסטו נישט לערנען?!" אזוי האט ער אים משכנע געווען און ער איז געבליבן אין ישיבה ביז ער איז געווארן דער הייליגער רבי יוסי בן ר' אלעזר בן ר' שמעון; זעט מען פון דעם אז מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט מענטשן ווען מען וויל זיי מקרב זיין צום אייבערשטן.


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן וואס לאזט זיך אראפ צו אונז און ער שפילט זיך מיט אונזערע משוגעת'ן, אבי אונז מקרב צו זיין צום אייבערשן.


דער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "וְהַכְּלָל כִּי צָרִיך כָּל אָדָם לְבַקֵּשׁ וּלְחַפֵּשׂ מְאֹד מְאֹד אַחַר רֶבִּי אֲמִתִּי הַגָּדוֹל בְּמַעֲלָה מֻפְלֶגֶת מְאֹד שֶׁיוּכַל לְהָאִיר בּוֹ הַשָֹגוֹת אֱלֹקוּת", מען דארף זוכן און בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו טרעפן א צדיק וואס קען אין מיר אריין שיינען געטליכקייט, איך זאל אויך שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ווייל: "הַשָּׂגוֹת אֱלקוּת אִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיג כִּי אִם עַל יְדֵי צִמְצוּמִים רַבִּים", מען דארף אסאך ארומדרייען מיט א מענטש ווי לאנג מען קען אין אים אריין שיינען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס ער איז מחיה ומהוה אלעס, אלעס אויף דער וועלט איז ער אליינס, ער איז באהאלטן אין דומם צומח חי מדבר און עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויף דער וועלט אויסער אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן און וויסן אז אלעס אויף דער וועלט איז נאר א פארשטעלאכטץ פונעם אייבערשטן און אלעס איז א לבוש פארן אין סוף ברוך הוא. דעמאלט איז נישט שייך צו זאגן אז דאס איז מותרות.


איך חזר דיר איבער נאכאמאל וואס איך האב דיר שוין געשריבן: "מותרות איז טייטש ווען מען לעבט אן דעם אייבערשטן; דעמאלט איז אלעס איבעריג, אבער ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס ער האט קומט פונעם אייבערשטן, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און אויף אלעס וואס ער האט, דעמאלט איז נישטא קיין מותרות. אזוי אויך פארקערט; ווען א מענטש לעבט נישט מיטן אייבערשטן איז א גרויס רחמנות אויף אים, ער האט נישט דער וועלט און נישט יענער וועלט".

#3 - ווי אזוי ווייס איך ווער ס'איז דער אמת'ער צדיק?
יבנאל, חינוך הילדים, מחלוקת, צדיקים, מוהרא"ש, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


יישר כח פאר די ענטפער וואס איר האט מיר געגעבן, איך בין אבער נאכאלץ זייער צומישט אין דעם ענין פון אמונת חכמים ווי ווייט דאס גייט, דארף איך טאקע אינגאנצן אויפהערן צו טראכטן מיט מיין אייגן שכל און זיך אינגאנצן אוועקגעבן פאר א צדיק, איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט ווי אזוי מ'טוט דאס.


איך בין מקורב צו מוהרא"ש ז"ל, איך וואוין אין יבנאל, און איך פרובירט מחנך צו זיין מיינע קינדער אויף דעם וועג, אבער אין דעם ענין פון אמונת חכמים בין איך נישט קלאר, יעדער שרייט אז א צווייטער איז דער צדיק, ווי אזוי קען איך וויסן וועמען איך דארף נאכגיין, ווי אזוי קען מען זיך אוועקגעבן דעם שכל און פאלגן נאר איין צדיק?


יעדער שרייט דאך אז א צווייטער איז דער צדיק, ווי אזוי ווייס איך וועמען צו טראסטן, ווי אזוי ווייס איך צו וועמען איך דארף האבן אמונת חכמים, און ווי אזוי בין איך מחנך די קינדער נישט צו ווערן אריינגעמישט אין מחלוקת חס ושלום?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה - זכור, ח' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי ווייסט מען וועם צו טראסטן וכו'; אויף דעם דארף מען אסאך וויינען און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן אפנארן פונעם יצר הרע, ווייל דער יצר הרע פרובירט מיט אלע וועגן אוועקצושלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע עצות און אלע תחבולות ווי אזוי ניצול צו ווערן פונעם יצר הרע, קומט דער יצר הרע מיט א פרישע וועג וואס איך האב נישט געטראכט אז דאס וועט קומען וכו'"; דערפאר דארף א מענטש שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל זיך נישט לאזן נארן.


היינט איז ליידער א וועלט מיט גרויסע שקרנים און פאפערס וואס זוכן צו פארנארן מענטשן און ארויס קוועטשן פון זיי געלט און געניסן פון זייער כבוד וכו'. מען רעדט אויף א הויכע שפראך און מען באנוצט זיך מיט לשונות פון קבלה וואס דער צוהערער האט נישט קיין אנונג וואס ער זאגט און דער וואס זאגט דאס ווייסט נאכמער נישט וואס ער זאגט און עולם גולם לויפט דאס נאך וכו'.


א מענטש דארף זיך שטענדיג מאכן א חשבון הנפש, מען דארף זיך כסדר פרעגן מיטן לשון פון ספורי מעשיות (מעשה א' מאבדת בת מלך): "וואו בין איך אויף דער וועלט?" "וואס טו איך אויף דער וועלט?" האב איך היינט געעפענט א חומש? האב איך היינט געלערנט אפאר פרקים משניות? האב איך היינט געזאגט אביסל תהילים? דאס דארף א מענטש זען אריינצוכאפן יעדן טאג, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים, און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן דער שיחה און מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז דער שיחה דארף זיין דער קאמפוס פונעם מענטש; פונקט אזוי ווי ווען א מענטש פארט אין א שיף אויפן וואסער האלט ער מיט זיך די גאנצע צייט א קאמפוס, כדי ער זאל וויסן צי ער פארט אינעם גוטן ריכטונג, ווייל ווען מען איז אויפן וואסער זעט מען נישט דעם סוף און עס קען אמאל אויסקומען אז מען זאל פארן א לאנגע צייט אין וואסער און באמת איז מען אויפן זעלבן פלאץ, מען האט זיך גארנישט גערוקט נאר מען איז געפארן די גאנצע צייט רינגס און ארום, אבער אז מען קוקט אויפן קאמפוס וואס איר מאגנעט ציט צו צפון זעט ער וואו ער פארט. דאס זעלבע דארף א מענטש לעבן מיט א חשבון הנפש; א מענטש דארף זיך משפט'ן יעדן טאג און אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך?" "רבונו של עולם, איך וויל גארנישט, איך וויל נאר טון דיין רצון".


אזוי אויך דארף א מענטש שטענדיג קוקן אויף זיך; אזוי ווי מען זעט אז בגשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, א מענטש טוט וואס איז גוט פאר אים. ער קוקט ווי אזוי ער קען מצליח זיין און ווי ער קען עפעס פארדינען, דאס זעלבע - און נאך מער - דארף א מענטש קוקן ברוחניות: 'וואו קען איך פארדינען?' 'וואו קען איך מצליח זיין?' א מענטש וואס לעבט מיט א חשבון מאכט זיך א פשוט'ער חשבון: 'איך גיי צו א רבי, וואס געבט מיר דער רבי? וואס באקום איך פון דעם רבי'ן? אויב באקום איך נישט קיין תורה ותפילה, וואס האב איך אז דער רבי פליט אין הימל? וואס האב איך אז דער רבי האט רוח הקודש? וואס האב איך אז דער רבי רעדט א הויכע שפראך, ער רעדט צו נשמות?!' און פארקערט אויך, א מענטש דארף זיין זייער שטארק ביי זיך און טראכטן: 'אויב איך דריי זיך ביי אן ערליכער איד און ער ברענגט מיר צו די הייליגע תורה, ער ברענגט מיר צו צו לעבן מיטן אייבערשטן, קען מיר קיינער נישט אוועק נעמען פון אזא פלאץ, אז איך האב געטראפן א רבי וואס קלעבט מיר צו צום אייבערשטן וועל איך דעם רבי'ן קיינמאל נישט אפלאזן'.


מענטשן פרעגן א קשיא: "וואו איז דער אמת? ווער כאפט אן דעם אמת? יעדער איינער שרייט דאך מיר האבן דעם אמת?!" פרעג א ברסלב'ער חסיד: "וואו איז דער אמת? וועט ער דיר גלייך זאגן: "ביי אונז!" פרעג א חב"ד'סקער חסיד: "וואו איז דער אמת?" וועט ער אודאי ענטפערן: "ביי אונז"; זיצט א ראש ישיבה מיט זיינע תלמידים און קאכן זיך און לויבן זיך: "אה, מיר זענען ביים אמת", ווען אין די זעלבע צייט איז דא א חבורה אין די אנדערע עק וועלט וואס פרייען זיך: "מיר זענען ביים אמת"; נו, פרעג איך אייך: "וואו איז דער אמת? ווי אזוי ווייסט א מענטש אז ער איז ביים אמת? אזוי זיכער ווי דו ביסט אז דו ביסט ביים אמת און דו האסט רחמנות אויף יענעם אז ער ווייסט נישט פון דיין אמת, פונקט אזוי זיכער איז יענער אז ער איז ביים אמת און דו ביסט ביים שקר, נו וואו איז טאקע דער אמת?!"


פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגן, אז דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נא): אמת איז נאר דער אייבערשטער, אזוי ווי עס שטייט א פסוק (ירמיהו י, י): "וַה' אֱלֹקִים אֱמֶת", דער אייבערשטער איז אמת; אויב דו דרייסט זיך ביי א רבי, רב, גוטער איד, וכו' וכו' און ער רעדט צו דיר פונעם אייבערשטן, ער ברענגט אריין אין דיר אמונה און דו הייבסט אן לעבן מיטן אייבערשטן, דו הייבסט אן רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף דיר פארציילסטו פארן אייבערשטן, ווען זאכן גייען נישט אזוי ווי דו ווילסט לעבסטו ווייטער מיט אמונה אין בורא כל עולמים - דאס איז אמת, אבער אויב מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן איז דאס נישט אמת. און אויב אין די זעלבע צייט וואס דו דרייסט זיך ביי א פלאץ וואו מען רעדט פון אמונה און אין די זעלבע צייט איז דא נאך א פלאץ אין דער וועלט וואו מען רעדט פונעם אייבערשטן זענען זיי אויך ביים אמת, און אויב ביי א דריטע פלאץ רעדט מען אויך פונעם אייבערשטער איז שוין דא דריי פלעצער אויף דער וועלט וואס זענען ביים אמת.


נאך פלעגט מוהרא"ש זאגן: "וואס איז אמת?" אֶמֶת איז די ווערטער: "אֶ'הְיֶה מֶ'ת" - איך גיי זיין א נפטר; איך גיי איין טאג ליגן מיט די פוס צום טיר. קיינער וועט דעמאלט נישט קוקן אויף מיר און קיינער וועט נישט טראכטן מער פון מיר; איך גיי ארויף גיין צום אייבערשטן און נאר די גוטע זאכן וואס איך האב אריינגעכאפט וועל איך מיטנעמען אויף יענער וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג מעורר זיין די תלמידים מען זאל גיין מפעם לפעם אין שפיטאל באזוכן חולי ישראל – ה' ירחם עליהם. קודם כל אלץ די מצוה פון ביקור חולים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מ.): "ווער עס איז נישט מבקר חולים איז כאילו שופך דמים"; נאך זאגן חז"ל (נדרים לט:) "כָּל הַמְבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה נִיצוֹל מְדִינָה שֶׁל גֵיהִנָם", ווער עס איז מבקר חולים ווערט ניצול פון גיהנום; צווייטנס - פלעגט מוהרא"ש זאגן - ווען א מענטש גייט אין שפיטאל מבקר חולה זיין אידישע קינדער, זעט ער וואס דער גאנצע מענטשעלע איז... דער גרויסער שטארקער מענטש וואס קומט און גייט און מאכט און טוט, אין איין סקונדע קען ער ווערן אויס מאכער, אויס טוער און אויס קנאקער וכו' וכו', איז פארוואס זאל מען זיך קריגן און זיך פיינט האבן איינער דעם צווייטן?


אז איר שרייבט אז איר זענט "מקורב צו מוהרא"ש ז"ל"; דארפט איר וויסן אז היכל הקודש איז א פלאץ פון תורה, תפילה און שלום בית. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר אריינגערופן ביי זיך אין שטוב אין אומאן א טאג פאר ערב ראש השנה תשע"ג און געלערנט מיט מיר תורה ב' אינעם צווייטן חלק וואו דער רבי זאגט: "וְהָאֱמֶת מֵאִיר בְּרִבּוּעַ הַדִּבּוּר הַנַּ"ל עַל יְדֵי שְׁלשָׁה שֵׁמוֹת הַנַּ"ל, שֶׁהֵם: אֵל, אֱלֹהִים, יְיָ; שֶׁהֵם בְּחִינַת: תְּפִילָּה, וְתוֹרָה, וְשִׁדּוּכִים וְזִוּוּגִים". און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "דער רבי זאגט דא: וואס איז אמת? אמת איז די דריי זאכן: תורה, תפילה, שידוכים און שלום בית; כל זמן מען רעדט פון תורה תפילה און שלום בית איז עס אמת, אבער אז מען רעדט אנדערע זאכן - דאס איז שוין נישט קיין אמת"; און מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז ווען איך רעד זאל איך שטענדיג רעדן פון די דריי זאכן.


דאס האבן מיר געהערט אלע יארן ביי מוהרא"ש נאכאמאל און נאכאמאל: "תורה, תפילה און שידוכים – שלום בית"; איך האב זוכה געווען צו זיין ביי די ליל שישי שיעורים פון מוהרא"ש יעדע וואך פאר איבער צען יאר, יעדע וואך פלעגט מוהרא"ש איבערגיין נאכאמאל און נאכאמאל אז מען דארף לערנען די הייליגע תורה, מיר האבן דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן קענען מיר דאס באווייזן. און אז א מענטש זאל זיך נאר ווענדן צום אייבערשטער ווען ער האט א צרה; עס איז נישט געווען קיין איין שיעור וואס מוהרא"ש ז"ל זאל נישט רעדן פון רעדן צום אייבערשטן.


איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט וועגן אוועק ווארפן די שכל; דער רבי זאגט בפירוש (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנה): "כְּשֶׁהָאָדָם הוּא מַאֲמִין בְּהַצַּדִּיק בְּלִי שׁוּם דַּעַת אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל מֵהָאֱמוּנָה, כִּי מֵאֱמוּנָה לְבַד אֶפְשָׁר לִפֹּל, אֲבָל אִם יֵשׁ לוֹ גַּם דַּעַת שֶׁמֵּבִין גַּם בְּהַדַּעַת, אֲזַי אִי אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל", ווען א מענטש גלייבט אין א צדיק אן קיין שום שכל קען ער אוועק פאלן פונעם צדיק, ווייל מיט אמונה אליינס אן שכל, קען מען אוועקפאלן, אבער אויב מען קומט צום צדיק מיט דעת, בנוסף צו די אמונה נוצט ער אויך זיין שכל, פון אזא אמונה קען מען נישט אוועק פאלן; דאס איז וואס מוהרא"ש האט אונז אלע יארן געלערנט: 'איך קום צו א צדיק ווייל דער צדיק ברענגט מיר צום אייבערשטן, ער איז מיר מחזק מיין אמונה, ער שטארקט מיר איך זאל זיך צוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטן'.


בנוגע קינדער; אויב עלטערן מישן זיך אין מחלוקת וועלן זיי צאלן א טייערע פרייז מיט זייערע קינדער. מחלוקת איז א סכנה און עס הרג'עט גוטע און שלעכטע. די ערשטע וואס פאלן ביי מחלוקת זענען קינדער; עלטערן וואס ווילן מצליח זיין מיט זייערע קינדער טארן נישט רעדן אין שטוב קיין שום ליצנות און פאליטיק אויף קיין שום איד, נישט קיין חילוק צי ער איז פון דיין חסידות צו פון די אנדערע, קינדער זענען ריין און הייליג און אויב הערן זיי ווי דער טאטע און מאמע זיצן און שמועסן און לאכן פון איין רבי אויפן צווייטן וועלן זיי מאכן א סך הכל אז ביידע זענען גארנישט און זיי קינדער וועלן אינגאנצן אפלאזן אידישקייט.


עס איז געווען א צייט וואס ביי אונז אין שול אין היכל הקודש אין וויליאמסבורג איז געווען חלוקי דיעות צווישן די מתפללים, עס האט געריסן דאס הארץ פון מוהרא"ש אז מען קריגט זיך. געדענק איך אז מען איז אריין צו מוהרא"ש פרעגן וואס מען זאל טון וכו', דער וואס האט פארגעלערנט האט געפרעגט פון וואס זאל ער רעדן, האט מוהרא"ש געענטפערט: "עס איז דאך דא זאכן וואס ביידע זענט איר איינשטומיג; אלע פון אייך האלטן אז מען דארף בענטשן מיט כוונה, אלע האלטן אז מען דארף זיין פרייליך שבת, נו, רעדט פון זאכן וואס ביידע האלטן אייניג". רעדט פון בענטשן אין א בענטשער; מוהרא"ש האט געזאגט אויב מען בענטשט אין א בענטשער איז דאס א סגולה אויף עשירות. רעדט פון זיין פרייליך שבת; אויב מען איז פרייליך שבת איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. פארוואס דארף מען זיך קריגן ווען עס איז דא אזויפיל זאכן וואס אלע האלטן אייניג?


דאס זעלבע איז מיט קינדער; אז די קינדער פרעגן שאלות וכו', רעדט מען נאר פאזעטיוו (חיובי), מען רעדט פון רבי'ן; רעדטס פון מוהרא"ש, פארציילט זיי אביסל וואס מיר האבן געהאט אין אונזער דור; פארציילט זיי וואס מיינט א צדיק, אז עס גייט אים גארנישט אן וואס מיט אים וועט זיין, ער וויל נאר איין זאך: 'ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן', אזוי ווי משה רבינו וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער האט געזאגט פארן אייבערשטן (שמות לב, לב): "מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ", מעק מיר אויס, אבי אידישע קינדער זאלן נישט פארלוירן גיין. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (תנחומא ואתחנן, סימן ז): ווען משה רבינו האט געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "אדער דו אדער די אידן", האט משה רבינו געזאגט: "יֹאבַד מֹשֶׁה וְאֶלֶף כָּמוֹהוּ, וְאַל יֹאבַד אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל"; דאס איז א צדיק, ער קוקט נישט אויף זיך; ער וויל נאר אז נאך א בחור זאל געראטעוועט ווערן פון עבירות, נאך א פאר-פאלק זאלן זיך פארשטיין, עס גייט אים נישט אן וואס מען וועט זאגן אויף אים וכו', דאס זאלט איר פארציילן פאר אייערע קינדער.


מוהרא"ש פלעגט וויינען ביי אלע שיעורים אויף די מחלוקת וואס איז דא אין ברסלב: "מיר טרינקען דאך פון איין קוואל, מיר נעמען דאך חיזוק פון איין רבי, פארוואס דארף מען זיך בייסן איינער דעם צווייטן?" מוהרא"ש פלעגט זאגן: "אין הכי נמי, דער רבי זאגט טאקע (חיי מוהר"ן, סימן שיט): 'אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת', איך וועל מאכן פון אייך אסאך גרופעס; אבער דער רבי האט נישט געזאגט אז איין גרופע זאל רעדן אויפן צווייטן און איינער זאל פיינט האבן דעם צווייטן".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים, איך וועל מסיים זיין מיט איין קליינע זאך. מוצאי שבת נאכדעם וואס מיר האבן פארלוירן מוהרא"ש, בין איך געפארן קיין בארא פארק צום טשאפל וואו מוהרא"ש איז געלעגן איבער שבת, מען האט מלוה געווען מוהרא"ש מוצאי שבת פרשת יתרו און מען האט געטראגן די מטה קיין ארץ ישראל, דעמאלט בין איך געזיצן אינעם אמבולאנס וואו מוהרא"ש איז געלעגן און איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש צוויי זאכן: איינס, אז איך וועל נישט מאכן קיין מחלוקת צווישן תלמידי היכל הקודש און איך וועל נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת. צווייטנס, אז איך וועל אים מפרסם זיין פאר די גאנצע וועלט; געלויבט דעם אייבערשטן אז ביידע זאכן בין איך מקיים און מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך ווייטער אנהאלטן די הבטחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - דארף מען אוועקווארפן דעם שכל פאר א צדיק?
יבנאל, חסידות ברסלב, צדיקים, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


שלום וברכה, איך בין א פרוי פון יבנאל, מיט א שיינע משפחה. איך בין שוין חתונה געהאט מיט מיין חשובער מאן פאר 17 יאר, און מיר האבן ב"ה א שיינע שטוב מיט ליכטיגע קינדערלעך קע"ה. איך דאנק דעם אייבערשטן אויף אלעס גוטס וואס ער האט מיר געגעבן און ער געבט מיר נאכאלץ.


מיר זענען געקומען וואוינען קיין יבנאל מיט עטליכע יאר צוריק, מיר האבן ב"ה זוכה געווען צו ווערן בעלי תשובה דורך ברסלב, מיר האבן אבער נישט געהאט קיין רב און צדיק וועמען מיר האבן אויסגעהערט און געפאלגט אויף א רעגעלמעסיגן פארנעם. ווען מיר זענען אנגעקומען קיין יבנאל זענען מיר ב"ה געווארן מקורב צו מוהרא"ש, מיר זענען אריין צו אים און געשריבן צו אים עטליכע מאל, מיר זענען געווען ביי דרשות און טישן, אבער ליידער איז מוהרא"ש נסתלק געווארן נישט צו לאנג נאכדעם וואס מיר זענען אנגעקומען קיין יבנאל.


די לעצטע דריי יאר האבן מיר ב"ה ווייטער געוואוינט דא אין יבנאל, מיר זענען ב"ה זייער מצליח ברוחניות ובגשמיות, איך שפיר אבער נישט אז מיר זענען געשטיגן צופיל ברוחניות אין די יארן. דער מצב דא, מיט אזויפיל לשון הרע'ס פון אלע זייטן, אזויפיל מחלוקת און קריגערייען, איינער רעדט אויפ'ן צווייטן, דער מצב איז זייער שלעכט משפיע אויף אונז. איך וויל ממש נישט ארויסגיין פון דערהיים, ווייל איך שפיר אז אויב יא קען איך אויך ווערן אריינגעשלעפט אין די פייער פון מחלוקת און לשון הרע.


אונזער שלום בית איז ב"ה זייער פיין, איך פארשטיי זיך ב"ה זייער גוט מיט מיין מאן, ווען עס קומט אבער צו גיין צו א צדיק בין איך נישט אויף די זעלבע מיינונג ווי מיין מאן. ער האלט אז מ'איז האבן א צדיק פון היינט, איך האב אבער נישט מסכים געווען דערצו, איך האב זיך קעגנגעשטעלט, און דאס האט שטארק געשטערט די שלום בית ביי אונז אינדערהיים.


איך האלט אז מיר קענען ווייטער אנגיין בלויז מיט די לימודים פונ'ם רבי'ן און מוהרא"ש, מיין מאן האלט אבער אז מ'דארף אויך האבן א לעבעדיגע רבי און זיך מבטל זיין צו אים, איך פארשטיי אבער נישט צו די זאכן, איך ווייס נישט ווי אזוי מ'ווארפט אוועק דעם שכל פאר א צדיק. איך בין שוין געווען ביי אסאך צדיקים פאר א ברכה און הדרכה, איך האב אבער קיינמאל נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט זיך מבטל צו זיין פאר א צדיק.


און אויב וועט מיין מאן מקבל זיין פון איין צדיק, און איך פון א צווייטן צדיק, וועט דאס זיכער נישט טויגן.


אלנפאלס, איך ווייס נישט דער ריכטיגער וועג ווי אזוי צו גיין, דאס אז אונזער שטוב איז נישט אינגאנצן בשלום, איז זיכער זייער נישט גוט פאר די קינדער, איך ווייס אבער נישט וואס איך דארף יא צו טון. איך וועל זיך זייער פרייען אויב איר וועט אונז קענען מדריך זיין וואס צו טון אין אונזער מצב. מיר זענען זיך אסאך מחזק מיט אייערע שיעורים און חיזוק יומי, דאס שטארקט אונז אין אמונה און צו רעדן צום אייבערשטן, אפשר וועט איר אונז קענען מייעץ זיין אין אונזער פראבלעם.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווי איך פארשטיי קען דער ס"מ נישט דערליידן אז איר לעבט אזא שיינע לעבן מיט אייער מאן שוין 17 יאר און איר האט א שטוב מיט ליכטיגע קינדער וכו' וכו'; דערפאר זוכט ער מיט אלע כוחות צו צעשטערן אייער לעבן, ער זוכט ווי ער קען מאכן א פירוד צווישן אייך און אייער מאן. ווייל איינמאל ער צעברעכט די ליבשאפט צווישן מאן און ווייב האט ער נאכדעם א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען כאפן דעם מענטש אין זיין נעץ און אים מכשיל זיין מיט עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", דאס וואס מען זעט אינגעלייט צוטיילן זיך פון די ווייב זיך און זיי זענען צעטיילט פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "זֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דאס איז דער ארבעט פונעם יצר הרע וואס ער מאכט אז מען זאל זיך צוטיילן. ווייל ווען מאן און ווייב זענען צעטיילט קען ער זייער גרינג אריינכאפן דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


מיר טוט זייער וויי אז עס איז דא מחלוקת צווישן אנשי שלומינו וכו', אבער עס איז נישט אזוי פשוט ווי איר לייגט עס אראפ, נאר ווער עס וויל לעבן בשלום קען לעבן ווייטער אין יבנאל זייער שיין. איך אליינס האב תלמידים וואס וואוינען אין יבנאל און זיי ווייסן גארנישט פון קיין מחלוקת צו זאגן, זיי לעבן מיטן אייבערשטן, זיי לעבן מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, זיי דאווענען און לערנען, זיי גייען הפצה און זענען פרייליך וכו'. איך פרעג זיי אסאך מאל אויב מען קריגט זיך דארט וכו', ענטפערן זיי מיר אייביג דעם זעלבן תירוץ: "ווער עס וויל זיך קריגן קריגט זיך וואו ער זאל נאר זיין, ווער עס וויל שלום איז זיך מחי' דא אין יבנאל".


איך געדענק ווען איך בין געקומען דאס ערשטע מאל קיין יבניאל, פאר איבער צען יאר צוריק, בין איך ממש געווען פארגאפט און ערשטוינט אז עס איז דא אזא זאך אויף דער וועלט; איך האב דארט געזען מענטשן לעבן שוין אין גן עדן, איך האב געזען מענטשן לעבן אזוי פשוט, אזוי פרייליך, מיט א לויטערע אמונה אזוי ווי מוהרא"ש האט אין אונז אריינגעבאקן. איך בין איינגעשטאנען ביי א משפחה און איך האב זיך צוגעקוקט מיט שטוינונג ווי פשוט'ע מענטשן לעבן מיט אזא אמונה, מיט אזא שמחה, מיט אזא צופרידנקייט. ביז איך בין אנגעקומען אין שול, דארט האב איך געטראפן אינגעלייט און איך הייב אן שמועסן מיט זיי פון דאס שיינקייט פון יבניאל; זאגט מיר איינער: "זה לא כל כך פשוט", "עס איז נישט אזוי פשוט ווי דו מיינסט", "פרעג נישט וואס טוט זיך, עס איז געפערליך" וכו' וכו', האב איך פון איין זייט געזען מענטשן וואס לעבן ממש אין גן עדן און פון דער אנדערער זייט מענטשן וואס ווילן נאר רעדן לשון הרע און זוכן פון אונטער דער ערד זיך אפצורעדן.


אין יעדע פלאץ זענען דא מענטשן וואס זוכן מחלוקת, זוכן עקשאן וכו', דאס איז דער גלות און פון דעם ליידן מיר אזוי פיל, ביז דער אייבערשטער וועט אונז שיקן אליהו הנביא וואס ער וועט שלום מאכן אויף דער וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עדויות ח, ז): "אֵין אֵלִיָּהוּ בָּא לֹא לְרַחֵק וְלֹא לְקָרֵב אֶלָא לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם בָּעוֹלָם", ווען אליהו הנביא וועט קומען אויף דער וועלט וועט ער מאכן שלום צווישן אלע אידן.


אן ערליכער איד קריגט זיך נישט מיט קיינעם; אן ערליכער איד גייט זיך זיין וועג און עס גייט אים גארנישט אן, ער זוכט נישט קער צו נעמען פון די וועלט, ער וועט זיך מיט קיינעם נישט קריגן. ער וועט נאר זען צו העלפן און מחי' זיין א צווייטן.


ווער עס וויל טון די ווילן פון מוהרא"ש און וועם עס גייט אין לעבן די כבוד פון מוהרא"ש וכו', דארף מקיים זיין וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן אין די צוואה; קוקט אריין אין צוואת מוהרא"ש (אות י): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן"; אין צוגאב צו דעם איז דא א בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן אז מען זאל זיך היטן פון מחלוקת, אזוי אויך האט מוהרא"ש געשריבן פון שפיטאל בעט אפאר טעג פאר ער איז נסתלק געווארן אין א בריוו: "וְלָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת". זעט מען ווי שטארק מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן זיך מיט קיינעם נישט קריגן.


דערפאר בעט איך אייך, אנטלויפט פון מחלוקת און רעדט נישט מיט קיינעם וועגן מחלוקת. איר זאלט לעבן בשלום מיט אייער מאן; אז אייער מאן האט געטראפן איינעם פון וועם ער נעמט חיזוק וכו', וואס דארף דאס אייך אנגיין?! אז אייער מאן האט געטראפן א פלאץ וואו מען איז אים מחזק אויף תורה ותפילה, פארוואס זאלט איר אים שטערן?! פארקערט, זייט אים מחזק און מעודד! זאגט אים: "מיר וועלן אייביג זיין צוזאמען, מיר וועלן לעבן בשלום ובשלוה!"


דאס וואס איר שרייבט "מען דארף אוועק ווארפן די שכל"; ווער הייסט אוועק ווארפן די שכל? חס ושלום, מען טאר נישט אוועק ווארפן די שכל און נאר א מענטש מיט שכל וועט נעמען אן ערליכער איד זאל אים ווייזן די וועג ווי אזוי צו לעבן. די שכל זאגט אז מען דארף גיין צו אן ערליכער איד, די שכל זאגט אז אויב דער מאן האט אן ערליכער איד וואס איז אים מחזק זאל אים די ווייב נישט שטערן. פארקערט, אויב מען מאכט מחלוקת - דאס הייסט אוועק געווארפן די שכל; אויב איינער וועט  אייך קומען זאגן עס איז א מצוה יענעם צו רודפ'ן, דארף מען יענעם זאגן: "אויב איז עס אזא גרויסע מצוה זאלט איר אליין טון די מצוה - מצוה בו יותר מבשלוחו", דאס הייסט שכל.


דאס זעלבע איז מיט ביטול וכו'; א ביטול דארף מען האבן צום הייליגן באשעפער און צו די הייליגע תורה. און ווער זאגט אונז וואס שטייט אין די תורה? דיינים און רבנים. די אלע וואס שרייען: "היינט איז שוין נישט דא קיין צדיקים וכו'"; דאס איז נישט עפעס א נייע זאך, דאס האט מען געשריגן אין אלע צייטן. אין הייליגן רבינ'ס צייטן האט מען דאס אויך געשריגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח): "כִּי עַכְשָׁיו נִתְפַּשֵּׁט הָאֶפִּיקוֹרְסוּת שֶׁהֻתְּרָה הָרְצוּעָה לְדַבֵּר סָרָה עַל כָּל הַצַּדִּיקִים וְעַל כָּל יִרְאֵי ה'", עס איז זייער פארשפרייט אז מענטשן רעדן אויף צדיקים, באמת ווילן זיי רעדן אויפן אייבערשטן אליינס, נאר זיי האבן מורא אז אויב זיי וועלן רעדן אויפן אייבערשטן וועט מען זיי אנשרייען וכו', דערפאר רעדן זיי אויף צדיקים, אבער זיי מיינען דעם אייבערשטן; זעט מען אז אין אלע צייטן זענען פארהאן וואס שרייען דעם זעלבן ניגון: "היינט איז שוין גארנישט דא"; אבער דאס איז נישט אמת, נאר אין יעדע דור זענען דא צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער זיי צו מאכן לערנען און דאווענען און אריין ברענגען אין זיי די אמונה ברורה ומזוככת.


פארשטייט זיך אז ווען א מענטש גייט צו איינעם, דארף ער שטענדיג זען אויב יענער איז אים מחזק צו גיין בדרך התורה, ער טרעט נישט אפ פון שלחן ערוך, ער רעדט צו מיר פון דאס גרויסקייט פון שלום בית; דעמאלט איז א סימן אז ער איז אויף א גוטע פלאץ. אבער ווי נאר מען רעדט פון אנדערע זאכן, מען רעדט נישט פון תורה, תפילה און שלום בית, איז עס איין שטיק שקר.


נעבעך וויפיל מענטשן ווערן פארפירט פון פאלשע מנהיגים וואס לערנען נישט מיט זייערע מענטשן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב וכו'; מען דארף זיך זייער היטן נישט אנצוקומען צו א פארפירער. קוקט וואס מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות טו) א סימן ווי אזוי מען קען וויסן צי מען איז ביי אן אמת'ער פלאץ אדער נישט, עיין שם.


אשריך אז איר האט נישט קיין שייכות מיט די מחלוקת, אבער געבט אכטונג אז אין אייער שטוב זאל נישט אריין קומען דער ס"מ. אז אייער מאן האט חיות אויף א פלאץ, דער מענטש איז אים מעורר צו עבודת השם, דער פלאץ וואו ער גייט איז אים מעורר צו לערנען און דאווענען און נישט האבן קיין שייכות מיט מחלוקת, פארוואס זאלט איר אים שטערן?


איך זאג אייך צו אז אויב איר וועט לעבן מיט אייער מאן בשלום וועט איר האבן נחת פון אייערע קינדער; דער אייבערשטער וועט רוען ביי אייך און איר וועט נישט חרטה האבן.

#1 - ווער איז געווען דער הייליגער רבי נתן?
חסידות ברסלב, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך האב פון אייך, די שיעורים געבן אריין אין מיר א נייע לעבן, איך האב זייער אסאך חיזוק פון דעם.


אזוי ווי עס קומט יעצט עשרה בטבת די יארצייט פון ר' נתן, האב איך געוואלט פרעגן אויב איר קענט מיר אויסקלארן ווער ר' נתן איז געווען, ווייל איך האב געהערט פון מענטשן זאגן אז פון רבי'ן האט מען יא געהאלטן אבער פון ר' נתן נישט.


א גרויסן ש'כח נאכאמאל.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט וויסן ווער ר' נתן זכרונו לברכה איז געווען, זאלסטו לערנען ר' נתנ'ס ספרים. ר' נתן האט געשריבן ספרים וואס איז מחזק יעדן איינעם; יעדער איינער קען טרעפן חיזוק אינעם ספר ליקוטי הלכות.


ר' נתן איז מגלה פאר יעדן איינעם דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, אויב מען טוט תשובה איז דער אייבערשטער מוחל יעדן איינעם, ווייל דער אייבערשטער איז א חנון ומרבה לסלוח. ר' נתן איז נסתלק געווארן ביי די ווערטער, ער האט געדאווענט מנחה ערב שבת, און ביי די ווערטער ברוך אתה ה' חנון המרבה לסלוח האט ער זיך אפגעשטעלט, ער האט דאס איבערגעזאגט אן א שיעור מאל, און אזוי איז ער נפטר געווארן. ווייל דאס איז געווען ר' נתן - א גאנץ לעבן האט ער נאר דאס מגלה געווען פאר אלעמען.


די אלע וואס זאגן אז מען האט געהאלטן נאר פון רבי'ן און נישט פון ר' נתן, די ווייסן גארנישט פון רבי'ן. ווייל דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מען דארף דאנקען ר' נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטל שמות". נאך האט דער רבי געזאגט "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל".


אלע ספרים וואס מיר האבן היינט פון רבי'ן איז נאר אדאנק ר' נתן זכרונו לברכה; ער האט אפגעשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פון רבי'ן. דער ערשטער חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט בחיים חיותו פון רבי'ן, און דער צווייטער חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט נאכן רבינ'ס הסתלקות.


בכלל דארפסטו וויסן, ווען איינער רעדט אויף צדיקים, איז א סימן אז דער מענטש איז א בעל עבירה. אפילו פון אינדרויסן זעט ער אויס ווי א שיינער איד; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערער עזות פנים ווי איינער וואס ווייגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?! ווי שעמט זיך נישט א מענטש צו רעדן אויף צדיקי עולם, אויפן הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה און זיין גרויסער תלמיד ר' נתן זכרונו לברכה?! עס איז נאר ווייל די מענטשן זענען פגום בברית, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים נה, כא): "שָׁלַח יָדָיו בִּשְׁלֹמָיו חִלֵּל בְּרִיתוֹ", ווען א מענטש רעדט אויף ערליכע אידן, צדיקי אמת, איז עס ווייל "חִלֵּל בְּרִיתוֹ", דער מענטש זינדיגט אין הארבע עבירות; אפילו פון אינדרויסן קען מען דאס נישט זען, פארקערט נאך, די וואס רעדן אויף צדיקי אמת זעען אויס פון אינדרויסן ווי כלומר'ישע פרומע מענטשן וכו', דאך זענען זיי פארפוילט פון אינעווייניג.


ר' נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי אין ש"ס און אין אלע פוסקים, ר' נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען".


בעפאר ר' נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן ר' ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפולי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמינץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען.


צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט א דורך קומען מיט די  בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד ר' נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם.


ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן.


ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות".


שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי.


דער עיקר דארפן מיר פאלגן וואס ר' נתן האט אונז געלאזט צוואה; ר' נתן איז נסתלק געווארן ערב שבת פרשת ויגש עשרה בטבת שנת תר"ה לפ"ק. אפאר שעה בעפאר ר' נתן איז נפטר געווארן האט ער געזאגט די ווערטער (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון ר' נתן זכרונו לברכה): "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק פון דער וועלט, און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזוי פיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און ר' נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, ר' נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


דאס דארפן מיר טון, עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים אויף די גאנצע וועלט, מיר זאלן זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'; דאס הייסט, איינער קען ברענגען געלט צו דרוקן - זאל ער ברענגען געלט, איינער קען קומען העלפן דרוקן - זאל ער קומען דרוקן, איינער קען גיין אויף די הייזער מיט די ספרים וכו', יעדער איינער זאל צו לייגן א האנט, האבן א חלק אין מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.