שאלה אין קורצן ענין
#38 - מיר האבן נישט פארשעמט דעם רבי'ן. און אפשר געבט איר אויך ענגליש שיעורים?
חסידות ברסלב, צדיקים, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, איך לערן אין די ... סקול אין בארא פארק, איך מיט מיינע חבר'טעס הערן אויס די חיזוק יומי און די שיעורים, און דאס איז ממש אונזער לעבן. כאטש וואס מיר לערנען אין ... סקול, און רוב פון אונזערע עלטערן זענען ... חסידים, זענט איר אבער אונזער אמת'ער מנהיג און מורה דרך, אונזער אידישקייט קומט פון אייערע שיעורים.


מיר האבן א פראגראם אין סקול צו מאכן א פארשטעלונג פון יעדע לאנד, יעצט פאר פסח האט מען געדארפט מאכן פון די לאנד אוקריינע, און מיר האבן אויסגעקליבן צו מאכן וועגן ברסלב וואס געפונט זיך אוקריינע. עס איז גלייך אויפגעקומען אין געדאנק צו מאכן עפעס פון "נ נח", מיר האבן עס אבער אפגעווארפן, וויסנדיג ווי שטארק איר זענט קעגן דעם, ווי ווייט דאס פארשעמט ברסלב, וואס דאס איז אונזער גאנצע לעבן.


מיר האבן אויסגעקליבן צו מאכן א פארשטעלונג פון דעם ניגון הפצה וואס מ'האט לעצטנס געמאכט פון דעם א שיינעם קליפ, מיר האבן אנגעצינדען דעם קליפ, און מיר האבן אויפגעמאכט שיינע "מאשענס" צום ניגון, און ב"ה די פארשטעלונג איז געלונגען גאר שיין און יעדער האט זייער הנאה געהאט.


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען זאגן שיעורים אויך אין ענגליש, אזוי ווי טייל פון מיינע חבר'טעס פארשטייען בעסער ענגליש ווי אידיש, און זיי דארפן אויך האבן חיזוק.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר אונז, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט זיך אפגעהאלטן פון מאכן א פארשטעלונג פאר פורים ביי אייך אין סקול פון נ' נח', נאר אנשטאט דעם האט איר געמאכט א שפיל פון ברסלב ווי אזוי מען טיילט ספרים וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייערע דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק"; בפרט די נייע אנשיקעניש פון 'נ-נח', וואס זיי זענען מבזה דעם רבי'ן אין אלע גאסן. מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן.


מענטשן מיינען אז דאס איז א שפיל וכו', אבער דאס איז זייער א הארבע זאך און מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו גיין אנגעטון מיט בגדים וואס שטייען אויף דעם נ' נח' און נישט זינגען ניגונים פון נ' נח'.


דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק; זייער אסאך עלטערן ווערן ברוגז אויף זייערע קינדער ווען זיי געפונען אויס אז די קינדער נעמען חיזוק פון ברסלב, ווייל זיי מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון משוגעים.


בנוגע ענגלישע שיעורים; מיר איז נישט גרינג צו רעדן אויף ענגליש ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מען רעדט נאר אידיש. לעצטענס האב איך אנגעפאנגען געבן א שיעור יעדן טאג אין ישיבה אויף ענגליש פאר די בחורים וואס קענען נישט קיין אידיש, מען קען דאס הערן אויפן טעלעפאן ליין "קול ברסלב".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אלע זוכה זיין צו טרעפן שידוכים בקרוב בזכות וואס איר געבט אכטונג אויפן הייליגן רבי'ן אים נישט צו פארשעמען.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "הַמְבַזֶּה תַּלְמִיד-חָכָם, אֵין לוֹ רְפוּאָה לְמַכָּתוֹ", איינער וואס פארשעמט א תלמיד חכם איז נישט דא קיין רפואה פאר זיין עונש וואס ער גייט באקומען, איז דאך זיכער אז מדה טוב מרובה: "הַמְכַבֵּד צַדִּיקִים, אֵין מַחֲלָה שֶׁלֹא יִזְכֶּה עַל יְדֵי זֶה לִרְפוּאָה", איינער וואס איז מכבד צדיקים, ער געבט אכטונג מען זאל נישט פארשעמען צדיקי אמת, וועט ער זיכער ארויס גיין פון אלע קרענק, אמן.

#37 - מעג מען אויפהענגען בילדער פון צדיקים? מעג מען קושן די בילדער?
חינוך הילדים, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך השם אז איך הער אויס די שיעורים פונעם ראש ישיבה און די חיזוק יומי כמעט יעדן טאג, דער אויבערשטער זאל געבן כח פאר די ראש ישיבה שליט"א ווייטער ממשיך זיין מחזק זיין אידישע קינדער.


אונזער משפחה קומען פון וויען, וואו מ'פלעגט הענגען אסאך בילדער אינדערהיים, און איך האב זייער ליב אויפצוהענגען בילדער פון צדיקים און רבנים. לעצטנס האט מיר איינער געזאגט אז ס'איז נישט גוט אזוי צו טון ווייל ס'ליגט אויף בילדער א רוח הטומאה, וויל איך וויסן אויב ס'איז טאקע אזוי?


אויך וויל איך פרעגן אויב מ'מעג לאזן קינדער קושן די בילדער ווייל ביי אונז פלעגט מען הייסן קינדער קושן די בילדער פון צדיקים.


א גרויסן דאנק.


אליעזר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אליעזר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם אויפצוהענגען אין שטוב בילדער פון צדיקים, אזוי ווי עס שטייט  (ישעיה ל, כ): "וְהָיוּ עֵינֶיךָ רֹאוֹת אֶת מוֹרֶיךָ"; אדרבה, מיט דעם ברענגט מען אריין קדושה אין שטוב, די קינדער וואקסן אויף פון קליינווייז אן מיט צדיקים.


עס איז באוואוסט אז דער חזון איש זכר צדיק לברכה האט געהייסן פאר א מנהל פון א מוסד ער זאל אויפהענגען בילדער פון צדיקים אין אלע קלאסן, אז די קינדער זאלן שטענדיג זען דעם פנים פון צדיקים, און דאס וועט ברענגען אויף זיי יראת שמים.


ביי מוהרא"ש אין שטוב האט שטענדיג געהאנגען א בילד פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, און פון זיין טאטע - דער טאקיי'ער רב זכרונו לברכה.


מוהרא"ש האט געזאגט, ביי עבירות זאגן חכמינו זכרונו לברכה (מדרש במדבר רבה י, ב): "עַיִן רוֹאֶה וְלֵב חוֹמֵד", אז מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט אויף שמוציגע בילדער, ברענגט דאס צו מען זאל גליסטן צו טון עבירות; איז דאך ביי בילדער פון צדיקים - וואס מדה טובה איז מרובה ממידה של פורעניות - זיכער אז דאס וועט ברענגען דעם מענטש וואס קוקט אויף א בילד פון א צדיק עס זאל זיין "עַיִן רוֹאֶה וְלֵב חוֹמֵד", צו גוטע זאכן, מען וועט גליסטן צו זיין א צדיק.


אויך איז נישט קיין פראבלעם אז קינדער זאלן קישן בילדער פון צדיקים, דאס ברענגט אריין אין קינדער א ליבשאפט צו ערליכע אידן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכות כד.) אויפן פסוק (תהלים טו, ד): "וְאֶת יִרְאֵי ה' יְכַבֵּד" – "זֶה יְהוֹשָׁפָט מֶלֶך יְהוּדָה", ער פלעגט ארומהאלזן און קישן יעדן תלמיד חכם; דערפאר איז נישט קיין פראבלעם אז קינדער זאלן קישן בילדער פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע גיין אין די וועגן פון צדיקי אמת וואס האבן זיך אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה.

#36 - מעג מען רעדן צום אייבערשטן נאך די ברכה פון המפיל?
הלכה, תפילה והתבודדות, צדיקים, שלאפן, שאלות, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט האב איך געוואלט זיך זייער באדאנקען פאר אלע שיעורים און בריוו און גליונות וואס זענען אזוי מחזק. ווען איך שפיר זיך צעבראכן, אנטלויף איך צו די שיעורים, און דאס געבט מיר אזויפיל כח.


אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א האב זיך זוכה געווען מקורב צו ווערן צו היכל הקודש, אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, זיך מתבודד זיין, מכבד זיין מיינע עלטערן, דאווענען אסאך, זאגן תהלים, און נאך אזויפיל זאכן, און ספעציעל זיך צו קענען דערהאלטן אין שווערע צייטן ווען איך שפיר אזוי צעבראכן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב ווען מען זאגט די קריאת שמע שעל המטה של האריז"ל, אזוי ווי עס שטייט אינעם סידור פון מוהרא"ש, וואס מען זאגט דארט אויך די ברכה פון המפיל, אויב מען מעג נאכדעם זיך מתבודד זיין און רעדן צום אייבערשטן ווען מען גייט אריין אין בעט ביז מען שלאפט איין, אדער טאר מען שוין גארנישט רעדן נאך המפיל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


 ...


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אזוי גוט ווען מען איז מקורב צום צדיק, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען שפירט ווי מען איז ארומגענומען מיטן אייבערשטן, דער צדיק לערנט אונז וואס צו טון בעת צרה, מען זאל אנטלויפן צום אייבערשטן; ווען עס גייט אריבער שווערע טעג - זאל מען זיך נישט פארלירן, נאר זיך באהאלטן ביים אייבערשטן, רעדן מיט אים און שמועסן מיט אים, עס איז אזוי גוט ווען מען האט א צדיק, עס איז אזוי געשמאק מיטן הייליגן רבי'ן.


מען מעג שמועסן מיטן אייבערשטן נאך קריאת שמע און ברכת המפיל; אדרבה, דאס איז די בעסטע וועג איינצושלאפן, רעדנדיג צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט בשם רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה, אז מען שלאפט איין אינמיטן זיך מתבודד זיין - איז דאס אן אנדערע סארט שלאף, א הייליגע שלאף.


נאך האט דער גרויסער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן געזאגט, אז מען שלאפט איין אינמיטן רעדן צום אייבערשטן זאגט מען נישט "איך גיי שלאפן", נאר "איך גיי רעדן צום אייבערשטן, און אינמיטן בין איך איינגעשלאפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#35 - ווי אזוי ווערט מען נאנט אין "היכל הקודש"?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, צדיקים, ספיקות, היכל הקודש, דרשות, בלבולים, פארנארן, אמונת חכמים, חלישות הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער עס איז געווען א הערליכע פרויען צוזאמקום און א הערליכע שיעור, די נקודה וואס מען האט גערעדט אז מען דארף זיך קאנצעטרירן אויף די שיעורים און אויף די תכלית פון די פלאץ, איז אזא וויכטיגע און שטארקע נקודה.


איך געדענק ווען איך בין געקומען די ערשטע מאל אין א שבת אין שול אין שטעטל, איז דעמאלט צוגעקומען צו מיר א פרוי און אנגעהויבן רעדן עפעס אזוי, "ש'כח אייבערשטער, אמת עס דא איז די שענסטע פלאץ אין די וועלט? און מיר זענען אזוי לאקי צו האבן אזא ראש ישיבה" און אזוי ווייטער אזעלכע סארט ווערטער, און עס האט זיך נישט געענדיגט. איך האב זיך שיעור אויסגעדרייט און אנטלאפן, עס האט מיר שרעקליך געאיבלט, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז איך בין אריינגעפאלן אין די נישט ריכטיגע פלאץ.


שפעטער איז צוגעקומען צו מיר א צווייטע פרוי, און זי האט מיר געזאגט אז זי וויל מיר נאר זאגן א גוטע עצה, זי האט מיר געוויזן אויף די מחיצה און מיר געזאגט אז אויב איך וויל עכט וויסן וואס די פלאץ איז און נישט ווערן צעמישט, זאל איך קוקן נאר דא, און מיט דעם האט זי מיר אריינגעוויזן אין די מחיצה אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א. זי האט מיר געזאגט, "קוק נישט רעכטס און נישט לינקס, ווייל אויב יא האסטו גרויסע שאנסן אוועקצוגיין נאך איידער דו קומסט אן".


איך בין איר זייער מכיר טובה. מערערע מאל האט זי מיר זייער מחזק געווען און מיר געהאלפן האלטן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ. עס איז געווען צייטן ווען איך האב געשפירט אז דאס איז עס, און זי האט מיר זייער אויסגעקלארט און מחזק געווען. זי האט אלעמאל געהאט די ריכטיגע זאך צו זאגן.


איך האב אנגענומען איר עצה, און איך האב אזוי געטון סיי אין שטעטל און סיי ביי די פרויען שיעורים פאר די ערשטע לאנגע צייט. איך האב קודם נישט געוואוסט וואו איך בין אריינגעפאלן, איך בין געקומען צום שיעור און ארויסגעגאנען א מינוט נאכ'ן שיעור. אבער ש'כח אייבערשטער אז מען איז זוכה דורך די שיעורים אויסצואוואשן דעם מח מיט די אלטע וועג פון טראכטן, און זען די שיינקייט פון יעדן.


נישט אז היינט בין איך שוין אריבער אלע זיבן וואסערן, עס פאסירט נאך גענוג מאל וואס איך פאל אריין אין א קטנות הדעת ווען איך קום אין שטעטל. און אלעס און יעדער שטערט מיר, איך ווייס אבער כאטש אז איך בין דער פראבלעם און נישט יענער. ש'כח אייבערשטער.


איך שעפ זייער אסאך חיזוק ווען דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון זיין אנהויב התקרבות, ווייל איך זע אז איך האב נאך אפשר שאנסן אויסצוקלארן מיין בליק און מיין מח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


היכל הקודש איז איין זאך: 'שכל און התחזקות פון הייליגן רבי'ן'; עס איז נישט קיין מענטשן, עס איז נישט דער און נישט יענער, עס איז גארנישט עפעס אנדערש אויסער די ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן.


חלישות הדעת און בלבולים וכו' - דאס מוז זיין, ווייל ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען הויבט אן הערן דעם הייליגן רבינ'ס תורות, חיזוק און עצות, ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן - ווערט דער סמ"ך מ"ם זייער דערשראקן, אז פון זיין שווערע הארעוואניע וועט גארנישט בלייבן, ער זוכט אלע וועגן ווי אזוי אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן.


דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט איז דער סמ"ך מ"ם געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, דו גיי זוך אן עצה"; וואס איז דער סמ"ך מ"ם אזוי דערשראקן פון רבינ'ס נשמה? ווייל וויפיל ער זאל נאר צעברעכן, אראפווארפן און אוועקשלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן - קומט דער רבי און ברענגט דעם מענטש צו תשובה, און צו אנהויבן א נייעם לעבן, דער רבי ברענגט אונז צו מדריגות פון צדיקים, מען טוט תשובה און אלע עבירות ווערן זכיות, דער רבי איז אים ווי א דארן אין אויג.


מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון צדיקים, אלע צדיקים זענען דבוק צום אייבערשטן און רעדן צו זייערע תלמידים פון עבודת השם יתברך, דער סמ"ך מ"ם האט נישט ליב קיין איינע פון די צדיקים, אבער ביים רבי'ן - דארט איז עפעס אנדערש, דער רבי כאפט ארויס נשמות וואס זענען שוין פארכאפט ביי די קליפות, דער רבי לאזט זיך אראפ צו אונז מענטשן וואס מיר זענען אזוי ווייט און האט אויף אונז רחמנות מיר זאלן אויך זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן; דאס קען דער סמ"ך מ"ם נישט ליידן, דעריבער טוט ער אלע פעולות אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן; מיט לשון הרע און ליצנות, חלישות הדעת און בלבולים וכו' וכו'.


מוהרא"ש פארציילט אויף א משפיע ביי אנשי שלומינו וואס איז געפארן פון אמעריקע קיין ארץ ישראל צו זיין ראש השנה ביים קיבוץ אין ירושלים, נאך די ערשטע טאג ראש השנה איז יענער געווארן אזוי אנטוישט פון די הפקירות אין שול (מאה שערים), אז ער איז נישט צוריק געקומען דאווענען מיט אנשי שלומינו, ער איז געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן, ביז מוהרא"ש האט גערעדט מיט אים שעות אויף שעות ער זאל נישט קוקן אויף קיינעם, ער זאל נאר קוקן אין די ספרים און נעמען די שכל פון רבי'ן.


אן א שיעור מענטשן האבן אפגעלאזט דעם הייליגן רבי'ן צוליב חלישות הדעת וכו' וכו'. ווען איך בין מקורב געווארן האבן מיר זייער אסאך זאכן געשטערט, דעמאלט האב איך אפגעמאכט אז איך קוק נישט אויף קיינעם, עס גייט מיר גארנישט אן, איך קום צו מוהרא"ש, איך הער וואס איך דארף הערן און איך לערן די הייליגע ספרים, די הייליגע קונטרסים, מער אינטערעסירט מיר נישט.


מוהרא"ש האט אסאך גערעדט פון דעם צו אונז ביי די שיעורים; נישטא קיין נאנטע מקורבים, נישטא קיין ווייטע מקורבים, אלעס איז שטותים והבלים, איין זאך איז דא, די שיעורים, די ספרים; מען זאל טון וואס מען רעדט ביי די שיעורים, און זיך מאכן א חשבון: 'האב איך היינט גערעדט צום אייבערשטן? האב איך היינט געעפנט א משניות? האב איך היינט געעפנט א ליקוטי מוהר"ן?' מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן צו אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מה שביד בטוח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#34 - ווי אזוי רייניג איך אויס מיין הויז פון שלעכטס?
שלום בית, קדושה, אידישע שטוב, צדיקים, פרנסה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט טראכטן גראד, איך בין אזוי טרויעריג און דערשראקן, מיין מאן איז געזעסן די נאכט פאר אכט שעה מיט א סמארטפאון, איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו האנדלען.


איך האב אים געטראפן ניין דרייסיג אינדערפרי זיצן מיט'ן סמארטפאון אויפ'ן פארטש נאך פון נעכטן נאכט. איך האלט עס נישט אויס, איך הער נישט אויף צו וויינען א גאנצן טאג.


באמת איז עס מיין שולד, עס איז מיין ארבעט'ס טעלעפאן, עס האט טאקע א פילטער אבער איך בין זיכער אז אויב מען זיצט דערויף פאר אזוי לאנג קען מען עפעס טרעפן שלעכטס. יעצט וויין איך פארוואס איך האב נישט געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך זאל בכלל גיין אין קאנטרי און ארבעטן פון מיין באנגעלאו.


וואס טו איך יעצט? איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן, איך וויל האבן א ריינע הויז, אפגעהיטן פון אלע סארט שלעכטס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די צדיקים פון אונזער דור און די צדיקים פון די פריערדיגע דור האבן אלע גערעדט פון די סכנה פון האבן אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, סמארטפאון וכדומה, ווייל אפילו מיט א פילטער קען מען אראפפאלן רחמנא לצלן און אלעס פארלירן, אזויפיל שטיבער זענען צעפאלן צוליב א קליינע טעלעפאן, און אזויפיל קינדער זענען אראפ פון וועג צוליב די כלים.


ווארפט ארויס פון שטוב די שעדליכע כלים, עס איז נישט ווערד די פרנסה - צוגרונד צו לייגן די שטוב. נעמט נישט אריין אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם עבירות רחמנא לצלן, און נעמט נישט אריין אין האנט קיין סמארטפאון.


בעטס דעם אייבערשטן פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייערע דורות, זיי זאלן אלע זיין ערליך, אפגעהיטן פון עבירות, מיר לעבן היינט אין שווערע נסיונות, עס איז נישט מעגליך אן תפילות צו זיין אפגעהיטן, מען דארף אסאך בעטן פאר זיך, פאר די משפחה און פאר אלע אידן - צו זיין אפגעהיטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - געענדיגט תהלים ביים ציון מוהרא"ש, פארוואס איז די ישועה נאכנישט דא?
שידוכים, יבנאל, צדיקים, מוהרא"ש, קשיות, סגולות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א שווערע שאלה וואס שטערט מיך זייער. איך בין געווען פאר עטליכע וואכן צוריק אויף א שבת אין יבנאל מיט אפאר בחורים, און איך האב זייער געבעטן די בחורים, זיי זאלן מסיים זיין גאנץ ספר תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש, און ברוך ה' אז נאך אסאך בעטן האבן אלע מסיים געווען, דער פראבלעם איז אבער אז זייט דעמאלט קומען זיי מיר כסדר פארהאלטן, זיי האבן מסיים געווען תהלים, און קיינער פון זיי איז נאכנישט א חתן געווארן, ווי אזוי קען דאס זיין? און דאס שטערט מיר זייער, עס איז מיר נישט אנגענעם, איך פרוביר זיי צו זאגן אז דער צדיק איז מזרז דעם שידוך, אבער עס העלפט גארנישט.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן וואס איך קען זיי ענטפערן? ברוך ה' אז איך גלייב באמונה פשוטה, איך האב שוין געענדיקט מער פון דרייסיג מאל תהלים ביי מוהרא"ש'ס ציון, און מיט דעם אלעם גלייב איך ווייטער, איך ווייס אז מוהרא"ש טוט דאס בעסטע פאר מיר, וואס קען איך אבער זאגן פאר זיי וואס זענען נאכנישט מקורב?


איך וועל זיך זייער פרייען צו באקומען אן ענטפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי רעדט פון די שווערע שאלה, און ענטפערט די שווערע שאלה; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "מַה שֶּׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיקִים", דאס וואס עס איז דא קשיות אויף צדיקים, "זֶהוּ מֻכְרָח לִהְיוֹת", אזוי מוז זיין, "כִּי הַצַּדִּיקִים מִתְדַּמִּים לְיוֹצְרָם כַּמּוּבָא", ווייל די צדיקים זענען צוגעגליכן צום אייבערשטן, "וּכְמוֹ שֶׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און אזוי ווי מענטשן האבן קשיות אויפן באשעפער, 'פארוואס גייט מיר נישט? פארוואס מוטשע איך זיך?' "כְּמוֹ כֵן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיֶה קָשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיק, כִּי הוּא מִתְדַּמֶּה אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי אויך איז דא קשיות אויפן צדיק, וואס איז גלייך צום אייבערשטן.


אלע דרייען זיך ארום מיט די סארט קשיות, 'פארוואס האב איך נישט קיין שידוך?' 'פארוואס האב איך נישט קיין פרנסה?' 'איך דאווען, איך לערן, איך טו מצוות - און עס פעלט מיר, און עס גייט מיר נישט ווי איך וויל', אלע האבן קשיות; דער הייליגער רבי זאגט (שם) דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


מוהרא"ש זאגט, יעדע קשיא איז א קליפה, "לָמָה? יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, א איד גלייבט אינעם אייבערשטן און אין די ווערטער פון צדיקים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווי אזוי? אט אזוי, אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט – 'אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ', וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: 'שֶׁכָּכָה לוֹ'".


אז מוהרא"ש האט צוגעזאגט ווער עס וועט קומען קיין יבנאל צו זיין ציון אויסזאגן תהלים - וועט ער אים א טובה טון מיט א שידוך - איז עס אזוי, און מען דארף גלייבן אין די ווערטער פון א צדיק. מוהרא"ש האט געזאגט (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


וואיל איז דעם וואס גלייבט אין די ווערטער פון די צדיקים און ווארט אויס אויף זיין ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - זאל מען נישט בעטן דעם אייבערשטן, אויב מען קען זיך אליין אן עצה געבן?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, צדיקים, נסים, השתדלות, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי שרייבט אין ספר המדות, (ערך צדיק, סימן ע"א) "אל תתפלל ואל תטריח את קונך, כל זמן שאתה יכול לעשות בפעולה", זאלסט נישט מתפלל זיין און מטריח זיין דעם אייבערשטן, ווי לאנג טו קענסט עפעס טון צו דעם. דער שטיקל איז מיר זייער שווער צו פארשטיין, וואס הייסט מען זאל נישט מתפלל זיין? וואס דען זאל איך טון? דער רבי לערנט אונז דאך אז עס איז נישטא א זאך אויף וואס תפלה זאל נישט העלפן.


אויסער דעם, דארף דען א מענטש כסדר מאכן דעם חשבון, 'יעצט קען איך עפעס טון, וועל איך יעצט נישט מתפלל זיין; און יעצט אז איך קען גארנישט טון דערצו, זאל איך יא בעטן דעם אייבערשטן', מען קען דאך נישט זאגן אזוי.


איינער האט מיר געוויזן אז מוהרא"ש ברענגט דעם שטיקל אין שו"ת ברסלב, אויף דעם וואס איינער פרעגט אן איבער א געוויסע מעדעצינישע באהאנדלונג, און מוהרא"ש ענטפערט אז מען זאל עס מאכן, און ער ברענגט צו דעם שטיקל ספר המדות אויף דעם. און עס איז מיר זייער שווער געווען, אפילו מען דארף טאקע מאכן די מעדעצינישע פראצעדור, קען מען דען נישט מתפלל זיין אויף דעם? אפילו עס וועט דארפן פאסירן א נס אז דער מענטש זאל געהיילט ווערן, איז דאך תפלה שטערקער פון אלעס.


אגב, האב איך זיך געוואונדערט פארוואס דער שטיקל איז אין ערך "צדיק", וואו קומט עס דארט אריין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי און אודאי דארף מען אויף יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות תפילה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים, הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל הֵן עַל דָּבָר קָטָן, תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך, סיי אויף א גרויסע זאך און סיי אויף א קליינע זאך - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.) אויפן פסוק (תהילים לב, ו): "עַל זֹאת יִתְפַּלֵּל כָּל חָסִיד אֵלֶיךָ לְעֵת מְצֹא", מען זאל בעטן אויף א שידוך, און מען זאל בעטן מען זאל מצליח זיין אין לערנען. אויך אויף מיתה; מען זאל שטארבן מיט א גרינגע מיתה, אויך אויף קומען צו קבורה, און אויך אויף בית הכסא; זעט מען אז מען דארף בעטן אויף גרויסע זאכן, ווי א שידוך און מצליח זיין אין תורה, מיתה און קבורה, און סיי אויף קליינע זאכן - ווי אויף בית הכסא.


אזוי אויך האט רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלג) ער האט אמאל געדארפט עפעס, האט אים דער רבי געזאגט: "בעט דעם אייבערשטן אויף דעם", און רבי נתן האט געטראכט צו זיך 'וואס הייסט, אויף דעם דארף מען אויך בעטן?' האט אים דער רבי פארגעהאלטן און געפרעגט: "עס פאסט דיר נישט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?" אויף יעדע זאך דארף מען בעטן דעם אייבערשטן.


אבער ווען עס קומט צו טוישן די טבע - דארף מען טון וואס מען קען, און נאר אז מען קען גארנישט טון - דעמאלט בעט מען אויף א נס. אזוי ווי מיר געפינען, די הייליגע חכמים דערציילן (עבודה זרה, יח) דער הייליגער רבי מאיר בעל הנס איז געגענגען ארויסכאפן זיין שוועגערין פון די רויבער וואס האבן איר געפאנגען. ער האט מיטגענומען א זעקל געלט צו געבן פאר די שומרים, כדי זיי צו משחד זיין זיי זאלן איר שטילערהייט באפרייען. ער האט געבעטן דעם שומר: "געב מיר אהער מיין שוועגערין", האט דער שומר געזאגט: "איך האב מורא מען וועט מיך פארהאלטן וואו זי איז", האט רבי מאיר אים געגעבן די זעקל געלט, אז אויב מען וועט אים פארהאלטן זאל ער זיי געבן געלט. האט דער שומר געפרעגט: "וואס וועל איך טון ווען די געלט וועט זיך ענדיגן?" האט רבי מאיר געזאגט: "זאלסטו זאגן 'אלקא דמאיר ענני' און דו וועסט זיך ראטעווען פון זיי".


זאגט דער מהרש"א, וואס האט אויסגעפעלט אז רבי מאיר זאל געבן געלט, ער האט דאך גלייך געקענט אויסלערנען די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני'?! נאר "כל כמה דהוה מצי לאצולי בממון", ווי לאנג ער האט זיך געקענט ראטעווען מיט געלט – "לא הוה בעי לאצולי על ידי נס", האט ער זיך נישט געוואלט ראטעווען מיט א נס, "באלקא דמאיר ענני", מיט די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני', נאר נאכן נישט האבן מער קיין געלט האט ער זיך באנוצט מיט א נס. אויף דעם זאגט דער רבי (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן סז): "כָּל זְמַן שֶׁתּוּכַל לְהִנָּצֵל עַל יְדֵי מָמוֹן, אַל תְּשַׁמֵּשׁ בִּתְפִלּוֹת", ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען דורך געלט - זאלסטו זיך נישט באנוצן מיט תפילות, דאס זעלבע זאגט דער רבי (שם אות ישועה, סימן ח): "אַל תִּסְמֹךְ עַל הַנֵּס, כָּל זְמַן שֶׁאֶפְשָׁר לְךָ לְהִנָּצֵל בְּמָמוֹן אוֹ בְּדָבָר אַחֵר", פארלאז זיך נישט אויף א נס ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען מיט געלט, און א דריטע מאל זאגט דער רבי (שם אות צדיק, סימן עא): "אַל תִּתְפַּלֵּל וְאַל תַּטְרִיחַ אֶת קוֹנְךָ, כָּל זְמַן שֶׁאַתָּה יָכוֹל לַעֲשׂוֹת בִּפְעֻלָּה", דאווען נישט און באמוטשע נישט דעם אייבערשטן ווילאנג דו האסט די מעגליכקייט צו טון עפעס זיך צו העלפן; דעריבער זאגט מוהרא"ש, 'וואס גייסטו נישט צום דאקטער אראפנעמען די האר', ווייל אז מען קען עס היינט טון גרינגערהייט - דארף מען טון און נישט בעטן אויף ניסים.


אויף די פראגע, וואס האט דאס מיט צדיק; ווער לערנט אונז אויס דאווענען? ווער לערנט אונז אויס מיר זאלן נישט אפלאזן די זאך פון תפילה? נאר דער צדיק; דאס איז דאך די גאנצע זאך פון צדיק, ער איז מחזק צוריק צו גיין נאכאמאל און נאכאמאל צום אייבערשטן, און ער לערנט אונז וואס צו בעטן און ווי אזוי צו בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - איז וויכטיג צו מאכן א מצוה טאנץ ביי די חתונה?
שלום בית, חתונה, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער, מחלוקת, ספרי ברסלב, צדיקים, שלום, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר מיין שידוך, און פאר אלעס גוטס וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון, און טוט אלץ פאר מיר.


ש'כח אייבערשטער אז מיין חתונה דערנענטערט זיך שוין, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. איך האב געוואלט פרעגן בנוגע די "מצוה טאנץ", אזוי ווי ביי מיין שווער פירט מען זיך אז מען מאכט נישט קיין מצוה טאנץ און ביי מיין טאטע איז מצוה טאנץ ממש אן עיקר, וויל איך פרעגן וואס איז דער ענין פון א "מצוה טאנץ", און אויב איך זאל בעטן מיין שווער אז מען זאל יא מאכן א מצוה טאנץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם ספר יום הנשואין, א הערליכע ספר פאר חתנים, ווי אזוי אויסצוניצן די הייליגע טאג, דעם יום החופה. מוהרא"ש האט זייער שיין אויסגעשטעלט דעם גאנצן טאג, פון אינדערפרי ביז ביינאכט, יעדע פרט הערליך שיין, א וועג ווי זיך צו פירן.


קוק אריין אין אות יז, וואו מוהרא"ש רעדט פון דאס גרויסקייט פון מצוה טאנץ, אז עס איז דא אין דעם העכערע סודות, רזי דרזין, סתרי נסתרות. מוהרא"ש זאגט דארט: "ואסור להקל בזה", מען טאר נישט אפלאכן פון דעם, "והמקל בזה", און דער וואס לאכט אפ פון דעם, "מקילין חייו", לאכט אפ פון זיין לעבן "רחמנא לשיזבן", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן, "כי כל ענין הרקודין עם הכלה נבנה על סודות עליונים", די גאנצע זאך פון טאנצן מיט די כלה איז געבויט אויף הייליגע העכערע זאכן.


מוהרא"ש זאגט (שם): "והמנהג שהחתן אוחז בידי הכלה", דער מנהג איז אז דער חתן כאפט אן די כלה, "בלי שום הפסק כלל", אן קיין צווישנשייד, "ועל ידי זה נעשה יחוד גמור בכל העולמות מעילא לתתא ומתתא לעילא", עס געשעען גרויסע זאכן אין אלע עולמות.


אודאי זאלסטו בעטן דיין שווער אויב ער קען דיר געבן די טובה דו זאלסט טאנצן מיט די כלה מצוה טאנץ, אויך אויב קענסטו האבן א צדיק ביי דיין חתונה זאל טאנצן לפני הכלה, אויך די עלטערן און די זיידעס זאלן טאנצן לפני הכלה. אז דו וועסט בעטן שיינערהייט, דו וועסט זיי געבן צו פארשטיין אז ביי ערליכע אידן איז דאס א גרויסע זאך - וועלן זיי זיך נישט עקשנ'ען, זיי וועלן עס נאכגעבן.


דער עיקר זאלסטו זיך פארנעמען יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן נישט האבן צוטון מיט מחלוקת, עס זאל דיך נישט מבלבל זיין קיין שום זאך פון די מחותנים; ווייל בדרך כלל ביי יעדע חתונה איז דא א געטואכץ צווישן די מחותנים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קל.): "ליכא כתובה דלא רמו בה תיגרא", נישטא קיין חתונה וואס מען קריגט זיך נישט דארט, דער סמ"ך מ"ם לאזט נישט עס זאל זיך בויען א שטוב, ער ברענגט אריין פיינטשאפט צווישן די מחותנים און דאס גייט איבער צו די קינדער, די חתן כלה - ביז זיי אליין הייבן אן זיך פיינט האבן רחמנא לצלן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - פעלט אויס צו נעמען א באגלייטער אין שפיטאל פאר א שמחה?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, חסידות ברסלב, אמונה, צדיקים, תודה והודאה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך זייער באדאנקען פון טיפן הארצן פאר די הערליכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אזוי שיין, מיט אבנארמאלע כוחות.


די עצות פון רבי'ן באשיינען מיין נייע חתונה געהאטע לעבן אויף א פארנעם וואס מען קען נישט באשרייבן. איך קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי אזוי איך וואלט זיך באגאנגען אן דעם.


איך וואלט געוואלט וויסן דעם ראש ישיבה'ס מיינונג אויף די פאלגענדע:


ברוך ה' אז מיר ווארטן אונזער ערשטע קינד בשעה טובה ומצלחת, איך בין אבער נישט רואיג מיט דעם וואס איך האב זיך איינגעשריבן פאר קלאסן וואס העלפן זיך צוגרייטן צו די שמחה, און גענומען די זעלבע פרוי זי זאל זיין מיין באגלייטער אין שפיטאל, כאטש וואס איך האב געהערט נאר גוטע אינפארמאציע אויף איר. איך פיל אז איך וויל גיין נאר מיט'ן אייבערשטן, ברוך ה' אז דער אייבערשטער האט אלעס געפירט אזוי גוט און פיין ביז אהער, און איך ווייס ער וועט מיר העלפן אויך ווייטער, איין מאל איך מיש דא אריין א פרעמדע, פיל איך ווי זאכן טוישן זיך.


איך טראכט אז איך זאל ענדערש דאס אפלאזן, און צוריק נעמען דאס געלט און עס נוצן אויף זיך צו גיין אפרוען אויף נאכדעם. איז דאס ריכטיג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק. איר שרייבט אינעם בריוו, איר ווייסט נישט ווי אזוי איר וואלט געקענט לעבן אנעם רבי'ן, דער ענטפער איז, מען קען טאקע נישט לעבן אנעם צדיק; מען לעבט א פארלאשענעם לעבן, אן טעם, אן חיות, פול מיט צער און ווייטאג, און דער צדיק, דער הייליגער רבי - געבט א טעם אין לעבן, מען שפירט א זיסקייט יעדע רגע אינעם לעבן.


בנוגע וכו'; עס פעלט טאקע נישט אויס, דאס גרינגסטע איז ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן. דאס גאנצע לעבן ווערט גרינגער ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן, און זיכער ווען מען גייט צום געבוירן - איז דאס פונעם אייבערשטן אליינס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): "שלשה מפתחות בידו של הקדוש ברוך הוא שלא נמסרו ביד שליח", איינע פון די שליסלען איז דער שליסל פון געבוירן.


ענדערש נעמט די געלט און גייט זיך אפרוען נאכן האבן דאס קינד, ווי איידער אויסגעבן געלט פאר זיך לערנען ווי וכו'; מען ווערט דארט גארנישט קלוגער, מען ווערט נאר מער דערשראקן.


פון ווען איר גייט אריין אין שפיטאל זאלט איר זיך אונטער זינגען: "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט", דאס איז מסוגל פאר א גרינגע געבורט. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), מזמור לתודה איז מסוגל להולדה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - ווי קען מען זאגן אז ווער עס קריגט אויף מוהרא"ש זי"ע איז א בעל עבירה?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, צדיקים, מוהרא"ש, קשיות, היכל הקודש, עבירות, משיח, ליצנות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך בין זיך כסדר מחי' און מחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און מיט די בריוו, ס'גייט כמעט נישט אריבער קיין טאג וואס איך באקום נישט נייע ריזיגע מתנות פונעם ראש ישיבה. כאטש וואס איך ווייס שוין פון הייליגע רבי'ן פאר בערך צען יאר, איך דריי זיך מיט ברסלב'ע חסידים, איך מאך שוין אפילו כמה שנים התבודדות כמעט יעדן טאג, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, מיט דעם אלעם אזעלכע מתנות מיט אזעלכע כלים אז ס'זאל זיין קרוב אליך הדבר מאוד, האב איך ממש נישט געהאט, ביז איך האב בדרך השגחה נפלאה אנגעקומען איך מיט מיין ווייב אויסצוהערן די שיעורים, איך קען ממש נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען זיך דרייען ימים ושנים אין ברסלב מיט אזא העלמה און נישט עפענען אזעלכע אוצרות, און איך קען אויך נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען זיך קריגן אויף אזא הייליגע לעכטיגע וועג פון אמונה. איך קען עס נישט פארשטיין און איך פיל זיך פארשעמט אז מען קען זיין א שומר תורה ומצוות, און אפילו א ברסלב'ער, אבער נישט האבן א גלייכע און גאנצע אמונה.


איך האב אנגעהויבן לערנען תוספתא מיט משניות, און זאגן אסאך תהילים ביי די ארבעט, איך קען אין געוויסע טעג אויסזאגן גאנץ תהילים און נאכאלץ נישט זיין זאט, דאס איז אויסער די שיעורים וואס איך האב שוין געהאט ביז היינט, אבער עס איז אריבער אסאך טעג וואס איך האב נישט קיין כח צו זיך אנשטרענגען צו לערנען, איך האב געהאט נאך אסאך שטותים צו טון. ברוך ה' די ערשטע מתנה מיין איך וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה און מוהרא"ש איז "צייט", עס איז מיר פארשווינדען געווארן אלע צייטונגען און מאגאזינען, איי אין ברסלב רעדט מען אויך פון שמירת הזמן? איז נאך א קשיא. ברוך ה' איך בין זוכה מעבר סדרה צו זיין במשך די וואך יעדן טאג אביסל, איך בין זוכה צו האבן א שיעור אביסל נ"ך על הסדר יעדן טאג, גמרא דריי בלאט א טאג, בערך א דף זוהר, צוויי דפים ליקוטי מוהר"ן, צוויי דפים ליקוטי הלכות, ליקוטי תפילות, שולחן ערוך צוטיילט אויף די יאר, און נאך און נאך. דער אייבערשטער זאל העלפן נאר מער און מער, איך זאל האבן א שיעור אין אלע חלקי התורה. און זוכה זיין צו פארשטיין און געדענקען, און האבן אמונה ישרה ותמימה וכו'.


אזוי ווי איך דריי זיך אין די אלגעמיינע ברסלב, האב איך געהערט פילע קשיות אויף מוהרא"ש, דער אייבערשטער האט מיר אבער געהאלפן אז איך האב געהאט די שכל אז איך דארף קוקן וואס עס איז גוט פאר מיר, וואו איך טרעף חיזוק צו דינען דעם אייבערשטן, און די אלע קשיות און בלבולים וועלן מיר גארנישט העלפן אין לעבן. עס מוטשעט מיך אבער איין זאך, דאס וואס מוהרא"ש זאגט אז ווער עס רעדט קעגן אים איז זיכער א בעל עבירה, דאס קען איך נישט פארשטיין. איך ווייס אז מען קען זיין א שיינער איד פון אינדרויסן און זיך באהאלטערהייט זיין א בעל עבירה רחמנא ליצלן, אבער צי מיינט דאס אז פון היינט און ווייטער דארף איך אנקוקן יעדן ערליכן איד פאר א בעל עבירה? אויב זע איך איינער וואס פרובירט צו דינען דעם אייבערשטן לויט זיין הבנה, און ער דרייט זיך אין א סביבה וואס דארט מאכט מען אוועק היכל הקודש, מיינט דאס צו זאגן אז ער איז א בעל עבירה? עס זענען געווען צדיקים אין ברסלב וואס האבן אנגענומען לשון הרע אויף מוהרא"ש, און דאס איז דאך געווען אין אלע דורות, חז"ל זאגן אז ס'איז ברית כרותה אויף לשון הרע צו נתקבל ווערן?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר אויסקלארן ווי אזוי אנצוקוקן די זאך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סא) ווער עס רעדט אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט - איז א סימן אז דער מענטש איז נישט ווי עס דארף צו זיין. דער רבי זאגט, דאס איז פשט וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין כא:): "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים, "נידון בצואה רותחת", וועט באשטראפט ווערן מיט די סארט גיהנום; זאגט דער רבי פשט, "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים - "נידון בצואה רותחת" איז א סימן אז דער מענטש איז ווייט פונעם אייבערשטן, זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן, און אז מען קוקט אריין אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים זעט מען פון וועם מען רעדט; מען רעדט פון דואג האדומי, פון די הויפט פון די סנהדרין וואס האט גע'דרש'נט פאלשע הלכות, אז דוד המלך איז אסור לבוא בקהל; אויף אים זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה אז זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן, איז דאך זיכער אז ווען פשוט'ע מענטשן רעדן אויף צדיקים - איז דאס א סימן אז די דארפן נאך תשובה טון.


יעצט ווען מוהרא"ש איז שוין אוועק פון די וועלט, מען קוקט צוריק, פרעגט זיך ווי פון זיך אליינס: 'וואס האט מען געוואלט פון דעם איד? פארוואס האט מען געקריגט אויף אים? וועם האט ער געטשעפעט? וואס איז געווען די רדיפות אויף דעם איד?' ער האט דאך מיט קיינעם נישט געהאט, ער האט נאר געשריבן ספרים און קונטרסים וואס רעדן צו נשמות ישראל, זיי מחזק זיין; מוז זיין אז די וואס שפעטן אויף אים זענען בעלי עבירה, און נישט נאר מוהרא"ש זאגט דאס, דער רבי זאגט דאס.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קסג): "הנואפים", די בעלי עבירה, - "לרוב הם מתנגדים על הצדיקים", זיי זענען די וואס קריגן אויף צדיקים.


געב זיך זייער אכטונג פון די וואס רעדן אויף צדיקים. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח) אויפן פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי לייגן זייער מויל אין הימל, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", און זייער צינג גייט אויף דער ערד, די וואס רעדן אויף צדיקים - זיי ווילן רעדן אויפן אייבערשטן, אבער זיי שעמען זיך צו רעדן קעגן דעם באשעפער, רעדן זיי אויף צדיקים. דאס איז פשט אין פסוק "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", דאס וואס זיי רעדן מיטן מויל - ווילן זיי רעדן אויפן אייבערשטן, נאר זיי שעמען זיך צו רעדן אויפן אייבערשטן - "לְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף צדיקים, אבער באמת "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם".


וויי און ביטער איז פאר דעם וואס הערט רעדן אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט, דאס איז א סימן אז מען דארף תשובה טון.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא), דער שווער פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה, הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה פלעגט פארן צו צדיקים, קודם איז ער געווען ביים הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס די חסידים דארט רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, עס האט אים זייער געשטערט. האט ער געטראכט אז ער וויל גיין צום צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים לצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו; ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן, האט ער אויפגעהערט צו גיין צו צדיקים און ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן אלע צדיקים. ער פלעגט יעדן טאג מאכן א סעודה מיט זיינע קינדער און זיי אנווארענען זיי זאלן נישט האבן צוטון מיט צדיקים, און ווען רבי נתן האט חתונה געהאט פלעגט ער אויך מיט האלטן די סעודות און הערן פעך און שוועבל אויף צדיקים.


דאס האט זייער שטארק געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס רעדט מען אויף צדיקים? וואס איז די מחלוקות, וואס פעלט דאס אויס? און ווען ער איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, האט ער געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), דעמאלט איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


געב זיך אכטונג פון די וואס זענען בעלי מחלוקות, אפילו זיי זעען אויס עובדי השם און אפילו זיי זענען טאקע עובדי השם. אין ברסלב האט געוואוינט א ברסלב'ער חסיד, ר' שלמה ראובן זלאטע'ס, ער איז געווען א גרויסער עובד ה' און א שיינער בעל תפילה, און רבי נתן האט געזאגט אויף אים: "איך בין אים קיינמאל נישט מוחל", ווייל ער האט געהאט א חלק אין די מחלוקות; זעט מען פון דעם אז מען קען זיין א גרויסער מענטש, אויב האט מען שייכות מיט מחלוקות - איז גאר ביטער.


האב נישט קיין מגע ומשא מיט מחלוקות. דער הייליגער רבי איז זייער גרויס, דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, ער קען יעדן ארויסשלעפן פון זיין בלאטע, אויסער א בעל מחלוקות; א בעל מחלוקות האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן.


ברודער קוק וואס מוהרא"ש געבט דיר, עפן דיין האנט און קוק וואס דו האסט אלץ זוכה געווען פון ווען דו ביסט מקורב אין היכל הקודש; פארוואס זאלסטו אויסהערן די לצים? פארוואס זאלסטו הערן לשון הרע? קוק נישט וועלכע גרויסע מענטשן רעדן וכו' און וואס זיי רעדן וכו', קוק אין דיין האנט, קוק ווער ברענגט דיר דביקות בה', קוק ווער ברענגט דיר צו לערנען די הייליגע תורה, און חיזוק אויף תפילה והתבודדות וכו' וכו', און אז גרויסע לייט רעדן און שפעטן - כבר היה לעולמים. דו ווייסט דאך די מעשה פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו ווען ער האט דערציילט אלע זיינע גלגולים, אז ער איז געווען אין די צייט פון מדבר, ער איז געווען מיט משה רבינו. האט אים זיין אייניקל, דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו - געפרעגט: "זיידע, אויף וועמענס זייט ביסטו געווען ביי די מחלוקת קרח ועדתו?" האט דער הייליגער ישמח משה געזאגט: "איך בין געשטאנען אין דער זייט, איך האב נישט גענומען קיין צד", האט דער ייטב לב געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין אז דו ביסט נישט געשטאנען מיט משה רבינו?!" האט ער אים געענטפערט: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער נסיון איז געווען; קרח האט געהאט מיט זיך אלע רבי'ס מיט אלע שיינע אידן, עס איז געווען זייער שווער צו וויסן וואס מען האט צוטון, ווייל קרח האט זיך אהערגעשטעלט ווי אן עובד ה', אבער באמת איז ער געווען אן אפיקורס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין ירושלמי סנהדרין, דף נ.): 'קֹרַח מִין הָיָה'".


איך האב אביסל מאריך געווען, אבער גלייב מיר איך דארף נאך מער מאריך זיין; ווייל ווען נישט די לצנות וואלט מען געקענט צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן, מען וואלט ווען געקענט ברענגען די גאולה, און ווער ווייסט וויפיל צרות קומט אויף די וועלט אויפן חוזק מאכן און שפעטן אויף צדיקים. דער רבי האט דאס געזאגט נאך איידער עס איז געקומען די ביטערע אומגליק פון קאנטאניסטן, קאמעניזם, אז ווען די צדיקים וואלטן נישט געקריגט אויף אים וואלט ער געקענט אוועק נעמען אינגאנצן די גזירה (עיין חיי מוהר"ן, סימן שצח), נאר וויבאלד מען קריגט אויף אים האט ער דאס אפגעשטופט אויף עטליכע צוואנציג יאר.


דעמאלט האט מען נישט געוואוסט וואס דאס איז, היינט אז מען קוקט צוריק זעט מען וויפיל מיליאנען אידן זענען גע'הרג'עט געווארן פון די מחלוקות אויף צדיקים.


אזוי אויך, ווער ווייסט וואס האט פאסירט ווען עס איז ארויסגעקומען תשל"ו די חתימות וכו'. דער הייליגער קאמארנער האט געזאגט אז שנת תשל"ו וועט משיח קומען, און יענעם יאר האט דער ס"מ צאמגענומען חתימות אין ברסלב קעגן מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און ווער ווייסט צי דאס האט צוריק געהאלטן די גאולה און צוליב די חתימות ליידן מיר נאך אין גלות.


גיי צום אייבערשטן, וויין זיך אויס, בעט אים: "רבונו של עולם איך האב זוכה געווען צו טרעפן א צדיק וואס מאכט מיך רעדן צו דיר, א צדיק וואס מאכט מיך לערנען די הייליגע תורה, א צדיק וואס מאכט מיך לעבן מיט שלום בית, אזויפיל גוטע זאכן באקום איך פון דעם צדיק און מיט דעם אלעם בין איך אנגעפילט מיט לצנות, מיין קאפ בוזשעוועט מיט קשיות און טענות אויפן צדיק.


הייליגער באשפער קוק מיך אן, איך בין אזא רחמנות, איך בין אזוי ווייט פון דיר, איך האב אזויפיל געזינדיגט און פלוצלונג וויל איך פארשטיין דעם צדיק, איך האלט אז איך פארשטיי בעסער ווי אים, איך ווייס ווי אזוי ער דארף ווען רעדן און ווי אזוי ער דארף ווען שרייבן; אנא, רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר; וואס גייט פאר מיט מיר? איך דארף דאך אזויפיל תשובה טון, הייליגער באשעפער, העלף דער צדיק זאל נישט זיין פארשעמט, דער צדיק וויל דאך נאר איין זאך, ער וויל אלע אידן צוריק ברענגען צו דיר, ער וויל אלע אידן זאלן לעבן א גוט לעבן, העלף עס זאל געהייליגט ווערן די נאמען פון די צדיקים און עס זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - וואס זענען די מנהגי בית המדרש אום תשעה באב?
צדיקים, מנהגים, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן געוואלט פרעגן אויב עס איז דא געוויסע מנהגים ווי זיך צו פירן אין בית המדרש אום תשעה באב.


יישר כח,


די גבאים פון בתי מדרשים היכל הקודש

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד גבאי בית המדרש היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


ביי אונז איז דער מנהג אז מען זאגט סיי ט' באב ביינאכט און סיי אינדערפרי - מגילת איכה.


אויך קען מען לערנען שיעורים כסדרן פון נאך מנחה.


ווען מען זאגט איכה, מען וויינט אויפן חורבן האט מען אינזין דעם אייגענעם חורבן; מען וויינט אויף זיך ווי ווייט מען איז פארקראכן און מען וויינט אויף די שכינה הקדושה - נשמות ישראל, וואס זענען אזוי דערווייטערט פונעם אייבערשטן און דער צדיק וואלט אלעמען געקענט צוריק ברענגען צום אייבערשטן, קומט דער סמ"ך מ"ם און לאכט און שפעט.


דער אייבערשטער זאל אונז אלע טרייסטן, מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן און צוריק גיין קיין ארץ ישראל מיט משיח צדקינו.

#27 - ווער עס איז געווען דער רבי פון הייליגן רבי'ן?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, צדיקים, קברי צדיקים, רבינו ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן ווער עס איז געווען דער רבי פון הייליגן רבי'ן? אויך האב איך געוואלט וויסן אויב דער רבי האט געהאלטן פון הייליגן רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע, און פון הייליגן מגיד פון מעזריטש זי"ע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי איז אויפגעוואקסן אין שטוב פון זיין גרויסן זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דארט האט ער געהערט מעשיות פון זיידן, די מעשיות האבן אים אויפגעפלאקערט זיין הארץ צום אייבערשטן, דאס האט אים געמוטיגט און געטראגן צו גיין אויף די הייליגע וועג.


דער הייליגער רבי האט נישט געהאט קיין רבי, די מעשיות וואס ער האט געהערט אלס קינד - דאס האט אים געמאכט זייער בענקען צום אייבערשטן, דאס מערסטע האט אים זייער געכאפט די מעשה ווי אזוי זיין זיידע איז געבוירן און דאס געזעגענען פון זיין טאטע; די לעצטע ווערטער וואס זיין טאטע האט אים געזאגט, ווי דאס האט אים געשטארקט.


די מעשה גייט אזוי, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געבוירן געווארן צו אלטע עלטערן, זיין פאטער רבי אליעזר איז אלט געווען הונדערט יאר און זיין מאמע שרה איז שוין אויך געווען זייער אלט; זיין מאמע איז נפטר געווארן גלייך ווען זי האט געבוירן דעם הייליג קינד ישראליק, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון די וועלט, כדרך כל הארץ, געדענק אבער אז דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.


דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליין אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטע'ס לעצטע ווערטער: "געדענק, דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם"; מיט די ווערטער האט ער געלעבט און האט דאס אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל האט ער שפאצירט אין וואלד בשעת ער האט געזינגען צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליין אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז דאך אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבערגעלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ"; (וואס באמת שטייט דארט אז מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און געשריגן אויף יענעם דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלונג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישטא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם סמ"ך מ"ם.


פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער סמ"ך מ"ם וויל אים איינרעדן צו טראכטן קעגן די אמונה - האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד; ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אפגעמאכט, 'איך וויל דאך אויך זיין א צדיק, אז איך וועל טון וואס מיין זיידע האט געטון, איך וועל אנהויבן רעדן צום אייבערשטן - וועל איך אויך ווערן א צדיק'.


נאכן הערן די מעשה איז דער רבי גלייך ארויס פון שטוב, ער איז געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'"; ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


אויף די פראגע אויב דער הייליגער רבי האט געהאלטן פון הייליגן מגיד פון מעזריטש און פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותם יגן עלינו; וואס איז בכלל די פראגע? קוק אריין אין חיי מוהר"ן (סימן תקנג) ווי דער הייליגער רבי האט גערעדט פון די הייליגקייט פון די צדיקים, באזונדער ווי דער רבי האט אויסגעלויבט דעם הייליגן מגיד: "וּפַעַם אַחַת סִפְּרוּ לְפָנָיו מִצַּדִּיק אֶחָד, שֶׁאָמַר עַל הָרַב הַמַּגִּיד הַקָּדוֹשׁ רַבִּי דֹּב", מען האט אמאל דערציילט פארן רבי'ן אז א צדיק האט געזאגט אויפן מגיד פון מעזריטש: "שֶׁבְּכָל הִסְתַּכְּלוּת שֶׁהָיָה הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מִסְתַּכֵּל", ווי דער מגיד קוקט נאר, "רָאָה כָּל הַשִּׁבְעָה רוֹעִים", זעט ער די זיבן פאסטוכער; אברהם, יצחק, יעקב וכו' וכו'; "וְהֵשִׁיב רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", האט דער רבי געזאגט: "עַל הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה יֵשׁ לְהַאֲמִין הַכֹּל", וואס מען זאגט נאר אויפן מגיד - דארף מען גלייבן, "וְכֵן עוֹד הַפְלָגוֹת גְּדוֹלוֹת שֶׁהִפְלִיג בְּעִנְיַן קְדֻשַּׁת הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה. וְאֵין כָּאן [מָקוֹם] לְבָאֲרָם", און נאך אסאך גרויסע זאכן וואס דער רבי האט געזאגט אויפן מגיד.


אויך דעם הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק, האט דער רבי זייער אויסגעלויבט. אזוי ווי רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, שם): "וְכֵן כְּשֶׁרָאָה אֶת הַסֵּפֶר הַקָּדוֹשׁ נֹעַם אֱלִימֶלֶךְ", ווען דער הייליגער רבי האט געזען דעם הייליגן ספר 'נועם אלימלך', "הִתְפַּלֵּא מְאֹד", האט זיך דער רבי זייער פארוואונדערט אויף די הייליגקייט פונעם ספר, "וְאָמַר שֶׁקְּדֻשַּׁת מַעֲלַת הָרַב הַקָּדוֹשׁ רַבִּי אֱלִימֶלֶךְ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה נִשְׂגָּבָה לְמַעְלָה לְמַעְלָה מִמַּה שֶּׁנִּרְאֶה וּמוּבָן מִתּוֹךְ סִפְרוֹ הַנַּ"ל", און דער רבי האט געזאגט: דער ספר איז זייער הייליג, אבער דער צדיק - דער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו - איז נאך אסאך גרעסער פון דעם ספר.


אויך האט מוהרא"ש מקובל פון ברסלב'ער חסידים אז איינער פון די אכט זקנים וואס האבן געדענקט וואס האט זיך געטון מיט זיי איידער זיי זענען געבוירן געווארן (די מעשה פון די זיבן בעטלערס, די ערשטע טאג), איינע פון זיי איז דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק, וואס רבי נתן איז מסביר (לקוטי הלכות תפילין, הלכה ה) וואס זיי זענען אנטקעגן די אכט פרשיות פון תפילין.


אלע יארן פלעגן ברסלב'ער חסידים פארן קיין ליזענסק צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך. מען קען זען אין די אלטע צייטונגען פון פארן קריג ווי זיי באשרייבן: "די אומאנער חסידים קומען גאר אסאך קיין ליזענסק"; נישט נאר קיין ליזענסק, צו אלע קברי צדיקים זענען אנשי שלומינו געפארן, אלע יארן ווען עס איז נישט געווען אזא געפארעכץ צו קברי צדיקים, זענען אבער אנשי שלומינו געפארן.


לערן דעם רבינ'ס ספרים - וועסטו זען ווי שטארק באליבט דער הייליגער רבי איז געווען ביי די צדיקים, און אלע לשון הרע'ס וואס איז דא אויפן רבי'ן - איז נאר פון איין בעל מחלוקות, וואס ער האט געמאכט די גאנצע מחלוקות און פון דעם ליידן מיר און מען פארשעמט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - מעג א טאטע טוישן אדער באדן זיין קליין מיידל?
שלום בית, צניעות, קינדער, לימוד התורה, מורה דרך, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, חברים, סדר דרך הלימוד, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף אלע בריוו יעדע וואך אין עצתו אמונה, און פאר דעם גליון פון חינוך, איך ליין עס יעדן שבת, און דאס איז ממש מיין עונג שבת, איך ווארט יעדע וואך אויף דעם. ברוך ה' אז צוביסלעך קום איך צוריק צו די כוחות, און איך קען ווייטער אנהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד און דאווענען יעדן טאג די דריי תפלות.


איך האב ברוך ה' א קליין מיידעלע, שוין א יאר אלט, און לעצטנס הער איך פון ארומיגע מענטשן אז עס פאסט נישט פאר א טאטע צו באדן די מיידל, אדער צו איבערטוישן די מיידל, אדער אפילו צו בעביסיטן די מיידל, ווען מיין ווייב דארף הילף.


איך האב קיינמאל נישט געהערט פון מוהרא"ש אז עס זאל זיין א פראבלעם מיט דעם. פארקערט, מוהרא"ש האט אלץ גערעדט אז מען דארף העלפן אין שטוב. האב איך געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו דאווענסט די דריי תפילות יעדן טאג, שחרית מנחה מעריב, און זיי מקפיד צו גיין אין שול דאווענען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "בְּשָׁעָה שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בְּבֵית הַכְּנֶסֶת", ווען דער אייבערשטער קומט אין שול, "וְלֹא מָצָא בָּהּ עֲשָׂרָה", אין זעט אז עס איז נישטא קיין מנין, "מִיָּד הוּא כּוֹעֵס", ווערט דער אייבערשטער בכעס, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נ, ב): "מַדּוּעַ בָּאתִי", פארוואס בין איך געקומען, "וְאֵין אִישׁ", ווען עס איז נישטא קיין מענטש? "קָרָאתִי", מען רופט מיך, "וְאֵין עוֹנֶה", און איך ענטפער נישט; זאגן די הייליגע צדיקים, ווען דער אייבערשטער קומט אין שול און זעט ווי מען דאווענט מיט מנין - איז נישטא קיין כעס נאר דער אייבערשטער פון דעם א נחת רוח. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שם ז:) אויפ'ן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן" ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט.


אויך פריי איך זיך אז דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן, איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג די בלאט גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְּלִפָּה הַמְחַטֲאַת אֶת הָאָדָם בִּפְגַם הַבְּרִית שֶּׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'", ווען א מענטש לערנט גמרא - פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; א שאד אז מענטשן ווייסן נישט פון סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז מען קען לערנען אפילו אן פארשטיין; ווייל ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון א בלאט גמרא אפילו אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער - וואלט יעדער איינער געעפנט די הייליגע גמרא און געלערנט.


בנוגע דיין פראגע וכו'; קענסט שמועסן מיט חברים, פארברענגען מיט מענטשן, אבער דעות - זאלסטו אויסהערן נאר פון צדיק, און אודאי און אודאי ווי אזוי אוועק צו שטעלן דיין שטוב - זאלסטו נאר אויסהערן דעם צדיק.


דער צדיק זאגט העלף אין שטוב, באד די קינדער, בעבי-סיט די קינדער און טויש די קינדער; נישט נאר מען מעג, נאר א טאטע מוז העלפן באדן די קינדער און טוישן די קינדער; איז וואס דארפסטו זיך מבלבל זיין פון אנדערע?


וואויל איז דעם וואס העלפט אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - וואס נאך קען איך טון צו האבן ריינע אויגן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, צדיקים, תשובה, שמירת עינים, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל האב איך זיך געוואלט באדאנקען אויף אלע זאכן וואס דער ראש ישיבה געבט זיך אוועק פאר אונז, סיי מיט די געוואלדיגע שיעורים און אויך מיט די שיינע בריוון וואס איז מיר זייער שטארק מחזק.


יעצט צום שאלה, איך בין ברוך ה' חתונה געהאט און איך האב שוין ברוך ה' עטליכע קינדער, איך לערן יעדן טאג אסאך משניות און אסאך גמרא, איך רעד צום אייבערשטן זייער אסאך, איך גיס זיך אויס מיין הארץ צום אים און אלעס בעט איך אים, ווען עס קומט אבער צו די נושא פון היטן די אויגן איז מיר ביטער ביטער ביטער ביטער, עס רינט מיר טרערן ווען איך שרייב די בריוו.


ברוך ה', ש'כח אייבערשטער אז איך האב נישט קיין קאמפיוטער אדער טעלעפאן וואס מען קען קוקן דערויף שלעכטע זאכן, זאל דער באשעפער שומר ומציל זיין. ברוך ה' איך בין נאך קיינמאל נישט געגאנגען טון עבירות רחמנא ליצלן, ש'כח הייליגער באשעפער. אבער יעדעס מאל ווען איך גיי אין גאס מוז איך קוקן און באטראכטן יעדע פרוי, רחמנא ליצלן. אסאך מאל איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף מיר און איך פאר צו אנדערע געגנטער בלויז כדי צו קוקן אויפ'ן גאס אויף אויסגעלאסענע פרויען רחמנא ליצלן, און איך קוק און איך קוק און איך קוק, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. איך וויין צום אייבערשטן פאר'ן קוקן און נאכ'ן קוקן, אבער איך זע נישט קיין וועג ארויס, און עס ווערט נאר ערגער און ערגער, וואס קען איך טון?


איך טו די עצה פון לערנען תורה, שנים מקרא ואחד תרגום, אסאך משניות, אסאך גמרא, בית נצחי, די עצה פון רעדן צום אייבערשטן טו איך אויך, אלעס דערצייל איך פאר'ן אויבערשטן, איך בין חתונה געהאט, איך פרוביר צו לעבן אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, אין מקוה גיי איך יעדן טאג, איך זאג יעדן טאג תיקון הכללי, איך גיי צו קברי צדיקים אסאך, פאר'ן ארויסגיין פון שטוב לייג איך די האנט אויף די מזוזה און איך בעט דעם אייבערשטן, וואס נאך קען איך טון אז עס זאל מיר אנהויבן עקלען אז אזוי ווי איך קוק נישט אויף א הונט זאל מיר נישט ציען א פרעמדע פרוי?


די טרערן הערן נישט אויף צו רינען, אוי רבונו של עולם, איך וויל אזוי שטארק זיין הייליג און אפגעהיטן און באפרייט פון מיין שווערע יצר הרע, אבער יעדן טאג כאפט ער מיר נאכאמאל אריין אין זיין זאק, און איבער אלעס שטערט מיר אז מיין מח איז פארברענט פון די אלע שמוציגע זאכן וואס איך זע אויפ'ן גאס. וואס נאך קען איך טון? מיין מח ווערט פארברענט טאג טעגליך, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד און האבן א ריינעם מח.


איך קען אסאך ווערטער פון חיזוק, ווי למשל "אדער א נסיון אדער א בזיון", און נאך און נאך, און איך ווייס אז מענטשן זעען ווי איך גיי אויפ'ן גאס און איך קוק, אבער דער יצר הרע ברענט אין מיר אזוי ווי א ברענעדיגע פייער, און איך קען עס אפילו איבערזאגן און מחזק זיין אנדערע אז זיי זאלן זיך שטארקן און היטן די הויגן, אבער וואס וועט זיין מיט מיר? איך האף דער ראש ישיבה וועט מיר קענען געבן אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג נישט אז די עצות העלפן דיר נישט, ענדערש טראכט 'מן הסתם טו איך נישט גענוג די עצות'. אזוי ווי רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קע) "פַּעַם אַחַת שָׁאַלְתִּי אוֹתוֹ" איך האב אמאל געפרעגט דעם רבי'ן: "מַדּוּעַ כַּמָּה יְרֵאִים הִתְיַגְּעוּ בַּעֲבוֹדַת ה' הַרְבֵּה מְאֹד (שֶׁקּוֹרִין הָארִיוֶוין) וְאַף עַל פִּי כֵן לֹא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגַת הַצַּדִּיקִים הַגְּדוֹלִים", עס זענען געווען אסאך ערליכע אידן וואס האבן געהארעוועט אין עבודת השם און מיט דעם אלעם זענען זיי נישט אנגעקומען צו די גרויסע מדריגה פון צדיקים, ווי קען דאס זיין? "הֵשִׁיב בִּפְשִׁיטוּת", האט דער רבי מיר געענטפערט מיט דעם לשון: "מִן הַסְּתָם הָאבְּן זֵייא נִישְׁט גִּיהָארִיוֶועט, כִּי הַכְּלָל: שֶׁעִקָּר הוּא הַיְגִיעָה, וְהַכֹּל לְפִי רֹב הַמַּעֲשֶׂה", ווייל אויב מען הארעוועט, מען טוט די עצות פון צדיקים - איז מען זוכה צו ווערן א צדיק.


ווייל ווי שטארק דיין יצר הרע איז - זענען די עצות פון די הייליגע צדיקים נאך שטערקער, ווי טיף געפאלן דו ביסט - זענען די צדיקים בכח אויך דיך ארויס צו שלעפן פון דיין שאול תחתית. אז דער רבי זאגט לערנען משניות יעדן טאג העלפט - איז דאס אזוי, עס העלפט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט) "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


זאג נישט: "איך האב פרובירט די עצות און מיר העלפט דאס נישט", עס אז נישט וואר; אז דער רבי זאגט לימוד התורה ראטעוועט פון פגם הברית - וועט דיר דאס העלפן. דער רבי האט דאך געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג) ווען רבי נתן האט איבערגעפרעגט אויב די עצה פון לערנען תורה קען אויך העלפן אויף פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האט דער רבי געשריגן אויף אים: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז, תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס איז צוגעקלעבט אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד.


אזוי אויך נעם די עצה פון תפילה והתבודדות. דער רבי זאגט מען זאל זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס גייט אריבער, ווי שטארק דער יצר הרע ברענט; זאלסטו דאס טון איינמאל און נאכאמאל און טויזנט מאל און הונדערט טויזנט מאל - ביז מען וועט רחמנות האבן פון הימל אויף דיר און מען וועט דיר העלפן.


גיי אין א ווינקל וואו קיינער זעט נישט וואס דו טוסט און רעד צום אייבערשטן. דערצייל אים ווי שטארק עס ברענט אין דיר דער יצר הרע, וויין צו אים אין דיין שפראך, זאג אים: "רבונו של עולם איך בין אזא רחמנות, איך קען זיך נישט העלפן, איך בין אזוי אראפגעפאלן אין אריך אנפין דקליפה, איך היט נישט מיינע אויגן, איך קוק אויף פרעמדע פרויען, איך פארליר מיין שכל, איך פארליר מיין מח, איך פארברען מיין נשמה מיטן קוקן אויף עבירות, ראטעווע מיך, העלף מיר מיט דיין גרויס רחמנות!" אזוי זאלסטו שרייען צו אים אן א שיעור מאל, וועסטו ווערן א גרויסער צדיק מיט הייליגע אויגן.


כאפ זיך אן מיט די צוויי עצות, ווער נישט פארלוירן ווען דו זעסט אז דו פאלסט נאך. אז דו פאלסט נאכאלץ זאלסטו ווייטער לויפן צום משניות און זאגן נאך א פרק און נאך א פרק, און גיי נאכאמאל זיך מתבודד זיין - וועסטו ווערן אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - איך ציטער איך וועל דורכפאלן, ווי אזוי קען איך גיין שלאפן?
אומאן, התחזקות, קדושה, ראש השנה, צדיקים, שמחה, פחדים, מחשבות, נעגל וואסער, קריאת שמע, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן מיר ברענגען קיין אומאן אויף ראש השנה, עס איז געווען ברוך ה' זייער א שיינע ראש השנה.


איך האב א פראבלעם וואס מוטשעט מיר שוין א שטיק צייט. אין זכות פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א בין איך ברוך ה' ארויס פון שמוץ, איך האב זיך אפגעלאזט פון שלעכטע זאכן, פון פגם הברית רחמנא ליצלן, אבער איך פאל נאכאלץ דורך צומאל ביינאכט מיט מקרה לילה רחמנא ליצלן.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן עס זאל נישט געשען, איך היט זיך די אויגן וויפיל איך קען, און איך פרוביר צו היטן מיינע מחשבות און געדאנקען, אבער נאכאלץ פאל איך אראפ.


דאס ערגסטע איז אבער געווען ביי מיר ווען איך בין אראפגעפאלן אום ראש השנה ביינאכט, איך בין געווארן זייער צעשוידערט און דערשראקן פון דעם, איך בין גלייך געלאפן אין מקוה און געלאפן צום ציון און געזאגט די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי, אבער זייט דעמאלט האט מיר אנגעכאפט א שרעק צו גיין שלאפן, יעדע נאכט ציטער איך אז איך וועל אפשר אראפפאלן, און דאס מאכט מיר ממש צעדרייט.


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז די עצה פאר "אה סי די" איז אז מען זאל נישט אוועקשטופן די מחשבה, נאר מיטפארן מיט דעם, למשל אז מען טראכט אז די טיר איז געבליבן אפן זאל מען מיטפארן מיט דעם און טראכטן אז ס'איז טאקע אפן און ס'איז נישט קיין פראבלעם, אבער ביי מיין פראבלעם קען איך נישט מיטגיין מיט די מחשבה, איך וויל דאך נישט אראפפאלן אין דעם.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסגראדן מיין מח, און מיר געבן צו פארשטיין וואס איך האב צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "איך קען ראש השנה פאררעכטן אפילו די וואס א גאנץ יאר קען איך זיי נישט פאררעכטן"; און אז דו האסט זיך גע'טובל'ט און געזאגט די תיקון הכללי ביים ציון - האסטו פארראכטן וואס דו האסט פוגם געווען, דו דארפסט זיך גארנישט זארגן.


דאס וואס דו ביסט אזוי צעבראכן פון וואס עס האט פאסירט מיט דיר אין אומאן, דו ביסט אראפגעפאלן אין מקרה לילה; עס איז כדאי דו זאלסט זען די ווערטער וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיז): "מַה שֶּׁמְּבַלְבֵּל אֶת הָאָדָם, כְּשֶׁנִּכְנָס לִקְדֻשָּׁה גְבוֹהָה", דאס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש ווען ער קומט צו א העכערע דרגא, "כְּגוֹן כְּשֶׁמִּתְקָרֵב לְצַדִּיק הָאֱמֶת וְכַיּוֹצֵא", ווען ער קומט צום אמת'ן צדיק, "אֲזַי דַּיְקָא יִקְרֶה לוֹ מִקְרֶה בִּלְתִּי טָהוֹר, חַס וְשָׁלוֹם", דעמאלט פאסירט מיט אים אז ער פאלט אראפ אין מקרה לילה חס ושלום. "צָרִיךְ לָדַעַת", וויסן זאלסטו, "כְּשֶׁהָאָדָם נִכְנָס לִקְדֻשָּׁה", ווען דער מענטש קומט אריין שטערקער אין די קדושה, "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע בְּיוֹתֵר", דעמאלט פארלייגט זיך דער יצר הרע אויף אים אסאך שטערקער, "כִּי כָל מַה שֶּׁנִּכְנָס בִּקְדֻשָּׁה יוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווערט הייליגער, "יֵשׁ לוֹ בְכָל פַּעַם יֵצֶר הָרָע חָדָשׁ גָּדוֹל מִבַּתְּחִלָּה", אלץ קומט דער יצר הרע שטערקער.


"וּבֶאֱמֶת הַבִּלְבּוּל הַזֶּה שְׁטוּת", נישטא וואס צו צעבראכן ווערן פון דעם, ווייל ממה נפשך, "אִם יִקְרֶה לוֹ מֵחֲמַת הִרְהוּר, מִי חַיָּב בָּזֶה", אויב האט דאס פאסירט פון טראכטן שלעכטע מחשבות - איז דאך נישטא וועם צו באשולדיגן, אז מען טראכט שלעכט פאלט מען אראפ, "וְאֵין לוֹ לְהִתְרַעֵם כְּלָל", קענסטו נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם, "מֵאַחַר שֶׁהוּא בְּעַצְמוֹ גָּרַם לוֹ", ווייל דו האסט דאס אליינס גורם געווען. "וְאִם אֵינוֹ מֵחֲמַת הִרְהוּר, אֲזַי בְּוַדַּאי אֵינוֹ סִימָן רַע כְּלָל", האט דאס פאסירט אן טראכטן שלעכטס? איז דאס נישט קיין שלעכטע זאך, "כִּי אִם הָיָה עִנְיָן רַע, לֹא הָיוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה נוֹתְנִין אוֹתוֹ לְסִימָן יָפֶה לְחוֹלֶה", אויב וואלט דאס געווען א שלעכטע זאך - וואלטן די הייליגע חכמים נישט געגעבן דער זאך פאר א גוטע סימן פאר א חולה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נז:) קרי איז א סימן יפה פאר א חולה.


"וּבֶאֱמֶת", נאר וואס דען? "אַדְּרַבָּא, מֵחֲמַת שֶׁנִּתְקָרֵב לִקְדֻשָּׁה גָבוֹהַ מְאֹד, מֵחֲמַת זֶה נִזְדַּמֵּן לוֹ", דיקא ווייל מען איז אנגעקומען צו אזא הייליגע פלאץ, מען איז אריין אין די קדושה - האט דאס פאסירט. ווייל די הייליגע חכמים זאגן "כִּי (תענית ח.): 'כָל הַמַּצְדִּיק אֶת עַצְמוֹ מִלְּמַטָּה, מַצְדִּיקִין עָלָיו הַדִּין מִלְּמַעְלָה'", ווען מען הייליגט זיך פון אונטן, קומען די מקטריגים און זוכן ווי זיי קענען אראפווארפן דעם מענטש, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (תהלים צ, יא): "וּכְיִרְאָתְךָ עֶבְרָתֶךָ", איז דאך נישטא אויף וואס צו זיין צעבראכן; פארקערט, ווייל דו ביסט אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן - דעריבער קומט דער שטן און רייצט זיך מיט דיר און וויל דיך צעברעכן.


איך בעט דיר זייער, צעברעך זיך נישט און מאך נישט קיין נערווען וכו'. דו היט זיך פון קוקן עבירות און זיי ממשיך מיט דינען דעם אייבערשטן, אבער מאך זיך נישט קראנק, ווער נישט קיין נערווען קראנקער מענטש. נישט דאס איז רצון השם - מורא האבן צו גיין שלאפן, אויב מען וועט אראפפאלן. מען דארף מורא האבן פונעם אייבערשטן, מען דארף מורא האבן פון טון עבירות, אבער מורא האבן פון גיין שלאפן - דאס איז שוין א נערווען זאך, דאס אליינס קען אראפווארפן דעם מענטש.


דריי אויס דיין קאפ אויף טראכטן גוטס; אנשטאט טראכטן: 'אפשר גיי איך אראפפאלן?' טראכט: 'איך האב פיאות, איך האב א בארד, איך האב ציצית, איך טו אן תפילין'; דאס איז נישט זאכן פון 'אפשר', דאס איז 'זיכערע' זאכן! 'איך היט שבת, איך עס כשר'ס'. און ווען דער שטן שלעפט דיך אריין צוריק אין לאך 'אפשר גיי איך אראפפאלן?' זאלסטו זאגן: 'איך בין א איד! איך גלייב אינעם אייבערשטן, איך דאווען, איך לערן, איך בין גע'מל'עט, איך בין אנגעפילט מיט מצוות כרמון'.


ליין קריאת שמע און גרייט זיך אן נעגל וואסער, נעם אין בעט א ספר - אגדות חז"ל אדער מעשיות פון צדיקים; דאס וועט דיך היטן.


א גמר חתימה טובה.

#23 - שיקן א קינד קיין אומאן, אפילו ער וועט פארפעלן פון חדר?
אומאן, חינוך הילדים, ראש השנה, לימוד התורה, צדיקים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אלע חיזוק און אידישקייט וואס איר ברענגט אריין צו אונז אהיים.


איך האב געוואלט פרעגן אויב ס'האט פשט איך זאל שיקן מיין 10 יעריג אינגל מיט מיין מאן קיין אומאן דאס יאר. מיין מאן האט נעכטן באשטעלט טיקעטס קיין אומאן, און דאס יאר דארף מען פארן אביסל לענגער ווי יעדעס יאר, און עס וועט אויסקומען אז לכבוד דעם וועט ער פארפאסן 7 טעג פון חדר.


אונזער אינגל ווייסט אז מיר שטייען זייער שטארק אויף דעם ער זאל נישט פארפאסן קיין איין טאג אין חדר, אפילו ווען מיר האבן א נאנט משפחה חתונה וואס ענדיגט זיך שפעט, וועט ער אויך זיין אין חדר אין צייט, און יעצט האלט מען אין אנהויב פון די נייע לערן יאר, און שוין וועט ער פארפאסן 7 טעג פון חדר.


וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון? זאל איך אים לאזן גיין קיין אומאן, אדער זאל ער בלייבן דא און גיין געהעריג אין חדר, און אום ראש השנה וועל איך האבן איינעם וואס וועט אים נעמען אין שול צו דאווענען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אוודאי זאלט איר מיט שיקן אייער זון נרו יאיר מיט אייער מאן נרו יאיר קיין אומאן צו זיין ביים רבינ'ס ראש השנה - אפילו ער וועט דארפן מבטל זיין פון לערנען.


דער הייליגער רבי זאגט קלאר מען זאל אזוי טון. "טוֹב לְבַלּוֹת זְמַן רַב", עס איז גוט צו פארברענגען אסאך צייט, "בִּשְׁבִיל שָׁעָה אַחַת, שֶׁיִּתְקָרֵב לַצַּדִּיק", פאר איין שעה זיין ביים צדיק (ספר המדות אות צדיק, סימן נה); בפרט צו קענען זוכה זיין צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה - איז קיין שום פראגע נישט; אוודאי זאלט איר אים שיקן.


ביים רבי'ן וועט ער באקומען א געפיל צו די הייליגע תורה, ביים רבי'ן וועט ער באקומען א געפיל צו דינען דעם הייליגן בורא. פארן צום צדיק איז נישט קיין ביטול תורה, עס איז קיום התורה, בבחינת (מנחות צט:): "פעמים שביטולה של תורה זהו קיומה".


אויך וועט ער זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען און צו תורה לשמה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות לימוד, סימן סא): "מִי שֶׁאֵין לוֹ הֲבָנָה בְּלִמּוּדוֹ", ווער עס פארשטייט נישט דאס לערנען, "יִשְׁבֹּת אֵצֶל צַדִּיק", זאל פארן צום צדיק, זיין ביי אים פאר שבת; "גַּם עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה", אויך וועט ער זוכה זיין, "לִלְמֹד תּוֹרָה לִשְׁמָהּ", צו לערנען תורה פאר'ן באשעפער.

#22 - איז דא א ממלא מקום וואס האט איבערגענומען מוהרא"ש זי"ע?
חסידות ברסלב, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, מנהיגים, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס, איך שפיר די רחמנות פונעם ראש ישיבה אויף מיר, מיר צו העלפן גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן אין א בריוו זיך צו דערווייטערן פון לצים וואס רעדן אויפ'ן צדיק. דער ראש ישיבה האט געשריבן, "ווען די קליפות זעען ווי דער מענטש וויל תשובה טון - קומען זיי צו אים פארשטעלט ווי מענטשן, זיי מאכן אים חלישות הדעת, און ווען זיי זעען ווי דער מענטש ווערט מקורב צום צדיק - הויבן זיי אן רעדן ליצנות קעגן דעם צדיק; אז דו ביסט נעבעך אזוי אראפגעפאלן און יעצט ווילסטו זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - דארפסטו זיין פעלזן פעסט נישט אויסצוהערן געשפעט אויף צדיקים", איך בין אבער אביסל צעמישט אין דעם ענין פון צדיק, אויב דער ראש ישיבה קען מיר דאס אויסקלארן.


מיר האבן זוכה געווען צו האבן דעם גרויסן צדיק מוהרא"ש זי"ע וואס האט אונז געפירט אויפ'ן ריכטיגן וועג, אונז געלערנט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און אונז מחי' געווען אויף יעדע טריט און שריט. ליידער האבן מיר פארלוירן דעם גרויסן צדיק, ער האט אונז איבערגעלאזט אליין, אבער ער האט אונז אויך איבערגעלאזט זיינע ספרים מיט וואס מיר קענען זיך מחזק זיין אויף ווייטער, און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן מצב.


מוהרא"ש זי"ע האט נישט געשטעלט א ממלא מקום וואס זאל אים איבערנעמען נאך זיין הסתלקות, ער האט קלאר געזאגט און געשריבן אז ער שטעלט נישט קיין ממלא מקום נאך זיך. למעשה זענען אבער יא דא עטליכע משפיעים אין היכל הקודש וואס שטעלן זיך ארויס ווייטער איבערצוגעבן מוהרא"ש'ס לימודים. ווי אזוי ארבעט דאס?


איך וויל נאר זיין ערליך און וואויל, איך וויל נאר טון וואס ס'איז ריכטיג, אבער איך בין זייער צעמישט אין דעם, פון איין זייט קען מען אפשר מקבל זיין פון די משפיעים אין היכל הקודש, אבער פון די אנדערע זייט הער איך שטארקע טענות קעגן זיי אז מוהרא"ש האט דאך קלאר געזאגט אז ער האט נישט געשטעלט קיין ממלא מקום.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן, איך וויל נאר וויסן דעם אמת, און מיין גאנצע אידישקייט ווענדט זיך אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער זאגט בכלל די זאך פון פארטרעטן מוהרא"ש? איך האב נישט געהערט קיינעם פון תלמידי היכל הקודש זאלן זאגן אויף איינעם אז דער און דער פארטרעט מוהרא"ש, ווער זאגט בכלל אזא זאך? קיינער זאגט נישט אז איינער פארטרעט מוהרא"ש.


מען קען נישט פארטרעטן מוהרא"ש, נישט שייך צו פארטרעטן; עס איז אזוי ווי קינדער וואס פארלירן א טאטע אדער מאמע לא עלינו, איז דען שייך צו נעמען א צווייטן זאל זיין זייער טאטע אדער מאמע? א טאטע מאמע קען מען נישט פארטרעטן; אזוי אויך א רבי, א צדיק - קען מען נישט פארטרעטן.


אבער דאס פארשטייט יעדער איינער אז אויב מען וועט לאזן די קינדער, די יתומים, אויף הפקר - וועלן זיי זיין אין א סכנה, מען דארף זיך אומקוקן אויף די קינדער; וואס טוט מען? מען ברענגט זיי א כמו טאטע, איינער זאל זיך פארענען מיט זיי ביז זיי וועלן אויפוואקסן; וויל איך דיך פרעגן, וועט איינער קומען פארהאלטן די קינדער און זיי טשעפען: "דער מענטש אז דאך נישט דיין טאטע, פארוואס הערסטו אים צו?" "די פרוי איז נישט דיין מאמע, פארוואס הערסטו איר צו?" וואס וועסטו זאגן אויף יענעם?


יעצט וויל איך דיך פרעגן, אז מענטשן שפירן זיך ווי יתומים, זיי דארפן א כמו טאטע, א כמו מאמע, איינער זאל זיי מדריך זיין, איינער זאל זיי מחי' זיין, אריינבלאזן א חיות אין זייער נשמה; ווי קומט מען שפעטן און זאגן: "מוהרא"ש האט נישט געשטעלט א ממלא מקום!" ווער זאגט דא אז מיר נעמען א ממלא מקום? מוהרא"ש לאזט נישט נעמען אן ערליכער איד פאר א וועג ווייזער?! מען טאר נישט נעמען א מורה דרך זאל מחי' זיין און מחזק זיין?!


אינטערעסאנט, די איין שורה פון די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן: "אני לא מיניתי את אף אחד להיות מנהיג במקומי" - דאס איז דיר מבלבל, און וואס מוהרא"ש שרייבט אינעם גאנצן בריוו, פארדעם און נאכדעם - דאס זעסטו נישט? און דאס וואס מוהרא"ש שרייבט צענדליגער טויזנטער בריוו פאר אנשי שלומינו מען זאל זוכן צווישן אנשי שלומינו איינער וואס קען מחזק זיין, איינער וואס קען אריינשיינען א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו לערנען, איינער וואס וועט דיר עפענען דיין מויל זאלסט קענען רעדן צום אייבערשטן - דאס איז נישט שייך היינט? דאס איז נאר געווען שייך ווען מוהרא"ש האט געלעבט?!


מוהרא"ש האט טאקע נישט געשטעלט קיין ממלא מקום, אבער מוהרא"ש האט איבערגעלאזט ספרים וואס זאגן אונז און לערנען אונז ווי אזוי זיך צו פירן. לאמיר אריינקוקן אין די ספרים וואס לערנען אונז, מוהרא"ש זאגט אן א שיעור מאל מיר זאלן זוכן צווישן אנשי שלומינו ווער עס קען אונז ברענגען נאנט צום אייבערשטן, מיר זאלן זוכן און נישטערן ווער עס קען אונז אריינבלאזן א חיות, מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן; זאלן זיך געפונען אין היכל הקודש מענטשן וואס זאלן פיינט האבן ערליכע אידן וואס זענען מחזק אידישע קינדער?


דאס איז דאך געווען די טענה אלע יארן אויף תלמידי היכל הקודש, מען האט געשריגן אויף אונז: "מיר דארפן נאר דעם רבי'ן, מיר דארפן נישט קיינעם זאל אונז זאגן, מיר נעמען דעם רבי'ן און רבי נתן"; מיט דעם האבן מיר נישט געקוקט אויף די מתנגדים, מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין פון מוהרא"ש דעם רבינ'ס לימודים; יעצט איז דא וואס זינגען דעם פארפוילטן ליד אין היכל הקודש?!


אז איינעם איז גענוג די ספרים פון רבי'ן דארף מען פארדעם פיינט האבן אנדערע וואס דארפן יא חיזוק און אז מען זאל זיי מדריך זיין וכו' וכו'?! פארוואס זאל מען חוזק מאכן פון תלמידי היכל הקודש וואס זענען מחזק אנדערע? פארוואס פיינט האבן ערליכע אידן? אז מען קען נישט ליידן ערליכע אידן איז א סימן מען איז ווייט פונעם אמת.


וואס ביסטו זיך מבלבל פון אנדערע, פארוואס זאלסטו זיך שטערן פון אנדערע? מוהרא"ש האט אונז געלערנט מען זאל זיך נישט לאזן נארן, מען זאל קוקן אויף זיך, מען זאל רחמנות האבן אויף זיך; אז מען דריידט זיך אין א פלאץ זאל מען קוקן אין די האנט: 'וואס באקום איך דא?' אז מען זעט מען ווערט נענטער צום אייבערשטן, מען לערנט שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מען איז זיך מתבודד און מען לעבט מיט תכלית - איז גוט, און אז נישט זאל מען זוכן א צווייטע פלאץ וואו מען איז מעורר אויף די זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - אפשר זענט איר מעורר איבער די הארבקייט פון א שייטל פאר פרויען?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, מורה דרך, צדיקים, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס אז דער ראש ישיבה זוכט נאר דעם אמת לאמיתה, און דעריבער ווענד איך זיך צו אייך, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט ארויסקומען א קידוש ה' דערפון.


די זאך שטערט מיר זייער שטארק, דער אייבערשטער האט אונז געגעבן מצוות, און אסאך מאל זענען דא מענטשן וואס טראכטן נישט וואס דער אמת'ער רצון ה' איז מיט די מצוה, פארוואס דער אייבערשטער האט דאס באפוילן, און מ'פרובירט צו טון שטיקעס און טריקס זיך ארויסצודרייען דערפון. צום ביישפיל די מצוה פאר א פארהייראטע פרוי זיך צוצודעקן דעם קאפ, פארוואס האט דער אייבערשטער דאס געהייסן? פאר צוויי סיבות, איינס אז מ'זאל וויסן אז זי איז חתונה געהאט און זי זאל זיין אפגעהיטן, און די צווייטע סיבה אביסל אוועקצונעמען פון איר שיינקייט, עס זאל נישט ציען דאס אויג פון פרעמדע. אבער וואס עס פאסירט מיט די היינטיגע שייטלעך איז דאך ממש פונקט פארקערט פונעם רצון ה', מען האט שוין געהערט מעשיות אז מ'האט אנגעטראגן שידוכים פאר חתונה געהאטע פרויען, מיינענדיג אז זי איז נאך א מיידל, און אנשטאט צו באהאלטן איר שיינקייט, איז עס פונקט פארקערט, אלס מיידל איז נאך געגאנגען מער צוזאמגענומען איידל די האר בצניעות, און נאך די חתונה טוט זי זיך אן אן אפענע שיינע שייטל וואס איז פיל ווייניגער צניעות'דיג, ממש א שרעק ווי אזוי עס זעט אויס.


איך האב אויך געהערט אויף א געוויסער צדיק פון אנשי שלומינו פון אסאך יארן צוריק, אז זיין טאכטער האט געוואלט אויסטון די שייטל און אנטון א שפיצל, האט ער איז געזאגט אז ענדערש זאל זי בלייבן מיט'ן שייטל און וויסן אז זי איז נישט גוט, אזוי וועט זי עס איין טאג אויסטון און גיין געהעריגע צניעות'דיג אפגעבינדען, ווי איידער אנצוטון א שפיצל, וואס האט פעדעמער אזוי ווי האר, און זיך איינרעדן אז זי איז שוין אין ארדענונג.


אז אידישע קינדער הערן אויס אייערע דרשות, אפשר קענט איר מעורר זיין איבער דעם ענין, אז פרויען זאלן זיך אנטון דעם אמת'ן צניעות-קרוין, זיך צוצודעקן דעם קאפ אינגאנצן, און אזוי אריינברענגען קדושה אין אידישע קינדער, און ברענגען די גאולה שלמה בקרוב, אמן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, גיין א טיכל איז זייער ערליך און זייער חשוב, אבער עס איז דא א וויכטיגע זאך וואס די הייליגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן פארשטאנען ווי אזוי צו פירן כלל ישראל.


מוהרא"ש דערציילט פונעם הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, ער האט זייער מקפיד געווען אז פרויען זאלן זיך אפשערן און גיין נאר מיט א טיכל. מיט דעם אלעם, פון ווען ער איז געקומען אין שטאט סאטמער און ער האט געזען אידישע פרויען גייען מיט אייגענע אפענע האר, האט דער צדיק געזאגט: "ענדערש גיין מיט א שייטל ווי צו גיין מיט אייגענע האר"; אויך איז ענדערש צו גיין מיט א שייטל ווי עס זאל זיך נאר ארויסשטעקן אביסל אייגענע האר, דאס איז דאך א קלארע פאקט אז די וואס גייען מיט אייגענע האר צוגעדעקט מיט א טיכל - גליטשט זיך אראפ די טיכל און די האר זעט זיך ארויס, און די וואס גייען מיט א שייטל - ביי זיי איז די האר צוגעדעקט.


די אלע וואס פארפירן קעגן שייטלעך - מאכן נאר חרבנות; די אלע נייע אנשיקענישן צווישן פרויען וואס רעדן און העצן קעגן שייטלעך - די זענען פארדארבערס, ווייל די הייליגע צדיקים וואס זיי האבן געוואלט אריינברענגען נאר קדושה וטהרה ביי אידישע קינדער, זיי האבן זיך זייער לעבן מוסר נפש געווען פאר קדושת ישראל - ביי זיי אין שטוב איז נישט געווען די זאך פון האר אדער שייטל, ביי זיי איז מען געגאנגען אפגעשוירן מיט א טיכל; זיי האבן פארשטאנען דעם דור, זיי זענען געווען מנהיגי ישראל, זיי האבן געוויסט אז אויב וועט מען אסר'ן שייטלעך וועט מען גיין מיט אייגענע אפענע האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - קענט איר אביסל דערציילן וואס איר האט מקבל געווען פון מוהרא"ש?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, שלום, תשובה, הפצה, דרשות, בחור, עצתו אמונה, ראש ישיבה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, רעדן, תעניתים, זיכוי הרבים, בריוו, משיח, מנהיגים, סיפור התקרבות, מגילת סתרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שרייב איך יעצט א ספר איבער מוהרא"ש, און איך פרוביר צו רעדן צו די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש צו הערן און פארשטיין אביסל וואס מוהרא"ש האט אלץ אויפגעטון און געטון פאר אונז. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אביסל צייט, און מיר איבערגעבן וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.


א.    ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל, און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


ב.    וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חייתו?


ג.      עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


ד.     דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


ה.    דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


ו.      וואס איז דא אין ברסלב, אז עס ציעט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


ז.      חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה דעם געבענטשטן טויש וואס האט פאסירט?


א גרויסן יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגעס.


ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בפרט, און אויב איך קען אייך דערציילן מיין סיפור התקרבות; וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "'אתה יודע רזי עולם', דער אייבערשטער ווייסט דער סוד פארוואס איך ווייס פון אזא רבי און א צווייטער נישט".


איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן מיין סיפור התקרבות; עס איז א לאנגע סיפור, איך וועל אייך שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זייער טייערע עלטערן, איך קום מיין לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי זענען ספעציעלע מענטשן, מיין טאטע שליט"א - זיין גאנצע לעבן איז נאר לערנען די הייליגע תורה און דינען דעם אייבערשטן, אזוי אויך מיין מאמע תחי' - איר גאנצע לעבן איז אמונה, תפילה און שמחה. איך האב אלע יארן זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געזוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אויפצואוואקסן ביי מיין זיידע, הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה, איך האב אים משמש געווען אסאך יארן בייטאג און ביינאכט, איך האב געזען זיין עבודה, זיינע תעניתים, זיינע סיגופים, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, ער איז נישט געשלאפן אין בעט קיין איין נאכט, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, געזיצן א גאנצן טאג מעוטר בטלית ותפילין, געלאפן אין מקוה צענדליגער מאל א טאג.


איך האב געזען זיינע עבודות און איך האב פארשטאנען אז א צדיק קען מען נאר ווערן דורך די שווערע עבודות, דורך פאסטן, סיגופים און אזוי ווייטער, איך האב דאס פרובירט נאך צו טון, עס איז מיר אבער נישט געגאנגען. מיר האט דאס זייער וויי געטון, איך האב פרובירט צו לערנען, דאווענען און טון רצון השם, איך האב אבער געשפירט א חסרון אין מיין עבודות השם, איך האב געשפירט ווי עפעס פעלט מיר; אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם רב און בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), דער בן יחיד האט געשפירט אז עפעס פעלט אים אין לעבן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפונען א קליין ספר, ספר אשר בנחל חלק כז, און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס איז דא א וועג צו ווערן אן ערליכער איד - דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; מען קען זיין דא אויף די וועלט, מען קען עסן, שלאפן, זיין א מענטש צווישן מענטשן, און זיין דבוק צום אייבערשטן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך התבודדות ותפילה - ווערט דער מח צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


***


וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו?


אויף אייער פראגע, וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו; עס איז שווער אראפצושרייבן אין איין בריוו אלע שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, איך וועל אייך שרייבן דריי שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; דריי וויכטיגע יסודות וואס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


ערשטנס א וועג ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א "סדר דרך הלימוד" פאר יעדן איינציגסטן מענטש צו קענען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, אפילו מען פארשטייט נישט ביים אנהויב וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפשטעלן, נאר ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו בלא הבנה כלל. מען זאל פרובירן זיך קאנצעטרירן צו פארשטיין וואס מען לערנט; אז מען פארשטייט איז גוט, און אז מען פארשטייט נישט - זאל מען ווייטער גיין, ווייטער זאגן די ווערטער, זיך נישט אפשטעלן; מען זאל לערנען און לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


*


צווייטנס האב איך געהערט פון מוהרא"ש די זאך פון התבודדות; ווי די גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטנס ווען מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, דאס איז ביי מיר געווען די שטערקסטע זאך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


אפילו איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב פון אמונה, אלע ווייסן פון תפילה, מיינע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, אבער אויף לעובדא ולמעשה, איך זאל אנהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן - האב איך באקומען ביי מוהרא"ש; קענען שמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט.


*


דריטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש אכטונג צו געבן אויף מיין ווייב תחי'. איידער מיין התקרבות האב איך געמיינט אז שלום בית איז א שיינע זאך צו האבן, איך האב דאס נישט אגעקוקט ווי א זאך וואס האט מיט עבודת השם. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלערנט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, צו זיין אן ערליכער איד; מען מוז רעדן שיין אין שטוב, מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, קיינמאל זיך נישט טענה'ען מיט איר; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח מחשבה און ווערן א גרויסער צדיק.


*


איך האב גארנישט באקומען עפעס ספעציעל מער פון אנדערע; מוהרא"ש האט איבערגעלאזט פאר יעדן איינעם ספרים אן א שיעור און טויזנטער בריוו, חיזוק און עצות ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט פאר אונזערע קליינע פארשמירטע מוחות, מיר זאלן אויך האבן אן השגה און פארשטיין דעם רבינ'ס עצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר גארנישט ספעציעל געזאגט; איך האב געהאט די זכי' פאר צען יאר יעדע וואך ליל שישי נאכן שיעור אריינצוגיין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אל הקודש פנימה, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר אסאך מאל א שעה אדער מער; די חברים פלעגן מיר פרעגן: "וואס האט מוהרא"ש גערעדט? וואס האט מוהרא"ש דערציילט?" איך פלעג זיי זאגן: "מוהרא"ש האט גארנישט דערציילט עפעס סודות וואס נאר איך מעג וויסן און אנדערע נישט, מוהרא"ש האט מיט מיר געשמועסט וואס עס שטייט אין די בריוו"; זאכן וואס איז נוגע צו פירן א ישיבה, א חדר, א בית חנוך לבנות, ווי אזוי צו פירן אינגעלייט וכו', פון סדר דרך הלימוד און פון די זיסע עצות פון רבי'ן. אסאך מאל איז געווען פרטיות'דיגע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט די תלמידים, אדער ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די מחלוקות וואס איז געווען קעגן מיר; אלעס שטייט געשריבן אין די ספרים און קונטרסים, ווער עס וועט לערנען די ספרים וועט אלעס זען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט וועגן דעם ספר מגילת סתרים (ספר פעלת הצדיק, סימן תרח) דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן און רבי נפתלי אלעס וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, רבי נתן האט דאס אפגעשריבן אין ראשי תיבות און דאס איבערגעגעבן פאר רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער גרויסער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה. אלע פרעגן 'פארוועם האט דאס מוהרא"ש איבערגעגעבן?' דער ענטפער איז: מוהרא"ש האט דאס אריינגעלייגט אין ספר אשר בנחל, ווער עס לערנט דעם ספר קען זען און פארשטיין וואס וועט זיין דער גאנצער סדר ביז משיח וועט קומען, אמן ואמן.


***


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


אויף אייער פראגע, עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, וואס זענען אבער די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש אלס פערזענליכקייט; מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך וואלט ווען געקענט נעמען די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן און לעבן מיט דעם פאר מיר אליינס, זיך איינשפארן אין א ספרים צימער, לערנען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, און זיין דבוק צום אייבערשטן מיט די גרעסטע מאס דביקות"; דאס ווייסטו, אז מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט ספרים, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעדער מענטש האט זיינע תאוות, מיין תאוה איז ספרים"; יעדע ספר וואס איז ארויס לאור עולם האט מען געברענגט פאר מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט אנגעגרייט מענטשן פאר דעם, זיי זענען געווען ממונה צו גיין יעדן טאג אין די ספרים געשעפטן אויפזוכן פאר אים נייע ספרים, זיי האבן געברענגט יעדע ספר וואס איז ארויסגעקומען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה וואלט ווען געקענט פארשפארן זיין טיר און זיין פארנומען א גאנץ לעבן מיט לערנען און דאווענען, מוהרא"ש האט אבער אנדערש געטון, ער האט אלעס אוועקגעלייגט, ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן מיט אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן; ער האט זיך פארשמירט מיט בלאטע צו העלפן אידישע קינדער.


מיר געפונען, דוד המלך האט געזאגט (ברכות ד.): "וַאֲנִי יָדַי מְלוּכְלָכוֹת בְּדָּם", מיינע הענט זענען פארשמירט צו מטהר זיין אידישע קינדער; דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון, ער האט זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; עד היום וועסטו הערן מענטשן רעדן קעגן דעם צדיק.


מוהרא"ש האט קיינעם נישט שלעכטס געטון, ער האט סך הכל געשריבן ספרים און קונטרסים פון נושאים וואס קיינער וויל נישט רעדן פון דעם, מחזק זיין בחורים און מיידלעך זיי זאלן נישט אויפגעבן אפילו זיי זענען אראפגעפאלן אין פגם הברית, זיי זענען נכשל געווארן אין די הארבע עבירה רחמנא לצלן; זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען דערנאך, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן זייער תשובה; אויב זיי וועלן זיך מתבודד זיין, זיי וועלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן און שרייען צו אים: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות; איך זאג דיר צו איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי זיין ערליך" - נעמט דער אייבערשטער זיי אן.


עס דרייען זיך ארום טויזנטער און צענדליגער טויזנטער בחורים און מיידלעך פארלוירן, צעבראכן, אליינס; קיינער ווייסט נישט זייער צער וואס זיי גייען אריבער, נאר דער אייבערשטער ווייסט און זעט זייער הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן אבער זיי קענען נישט, זיי פאלן אין שאול תחתיות, זיי זענען אבער נישט שולדיג; צו זיי איז מוהרא"ש געקומען און זיי מחזק געווען, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיי געשריבן טויזנטער בריוו זיי זאלן נישט אויפגעבן, זיי זאלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט כמה פעמים און דאס געשריבן, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן אין הימל וועט ער זיך אננעמען פאר בחורים און מיידלעך, ער וועט איבערדרייען דעם בית דין של מעלה, ער וועט טענה'ען פאר די אלע וואס מען האט אראפגעווארפן אין פגם הברית, ער וועט זאגן פאר די מקטריגים זיי זאלן אראפקומען זיין דא אויף דער וועלט, וועלן זיי זען אז עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען האט חתונה; ווילאנג מען איז א פלג גוף - איז מען אין א סכנה.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לערנען, עס האט געברענט אין אים אויסצולערנען פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם ווי אזוי צו לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש האט געדרוקט און פארשפרייט דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, דורך זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


פרעגט נישט; מען האט חוזק געמאכט, מען האט געשפעט; עד היום שפעט מען פון דעם "סדר דרך הלימוד", אפילו אין ברסלב וואס זיי וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע דאס צו טון, דאס איז דאך נישט מוהרא"ש'ס אייגענע אויסגעטראכטע וועג, דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, קוק אריין אין שיחות הר"ן סימן עו באריכות, וואו עס שטייט אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין, וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם לֹא יָבִין אַחַר כָּךְ מַה בְּכָךְ? וְכוּ'" זיי האבן אפגע'חוזק'ט.


פון די אנדערע זייט האבן טויזנטער מענטשן באקומען א וועג צו לערנען. מוהרא"ש האט גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד ביי יעדע שיעור, ער האט זיך געבעטן ביי אונז: "הויבט אן זאגן משניות", "הויבט אן זאגן גמרא", "זוכט נישט צו פארשטיין, ביים סוף וועט איר פארשטיין", עס האט געקענט אויסקוקן ווי איינער בעט זיך מען זאל אים א טובה טון, אזוי פלעגט מוהרא"ש אונז בעטן; ער האט זיך געבעטן מיר זאלן דאס אננעמען פאר אונזער אייגענע טובה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אונז פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; קיינער טראכט נישט פון די שאלה, מען טראכט נאר פון זאכן פון די וועלט; דער צדיק האט רחמנות אויף אונז, ער טראכט וואס וועט זיין אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן 'וואס האסטו געלערנט?' ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין די שאנד; מען וועט זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו זיין דבוק צום אייבערשטן, עס האט געברענט אין אים דאס אויסצולערנען פאר אלעמען, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו זיין דבוק צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק. ער האט געשריבן אזויפיל בריוו פון אלע סארט זאכן און אלעס קומט צוריק צום זעלבן מכוון, אלע בריוו ענדיגט זיך מיט איין עצה: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן"; נישט קיין חילוק ווער דו ביסט, וואס דו טוסט, ווי אזוי דו פירסט זיך - דערצייל אלעס דעם אייבערשטן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, דערצייל אים ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ איין מאל און נאכאמאל; דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט דביקות בשם.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, זיך אויסקומען מיט מענטשן, מיט עלטערן, ווייב און קינדער; עס איז אים געגאנגען אין לעבן דאס אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט.


*


דאס איז א קליינע ברעקעלע השגה וואס מיר קענען זאגן, וואס מיר פארשטייען און מיר זעען - וואס דער צדיק איז געווען.


***


דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


אויף אייער פראגע ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל עפענען די ישיבה, רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן. מיט די צייט האבן די בחורים אנגעהויבן אפצוכאפן די דרשות און דאס ארויסגעגעבן פאר אנדערע בחורים, עס האט זיך אנגעהויבן א התעוררות אין אנדערע ישיבות, בחורים האבן זיך צוגעכאפט צום "סדר דרך הלימוד", שפעטער זענען געקומען אינגעלייט פון ארץ ישראל, זיי האבן אנגעהויבן מתרגם זיין די דרשות פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש זיי זאלן אויך פארשטיין, נאכדעם זענען געקומען וואס זענען מתרגם אויף ענגליש און אויף ספאניש; עס וועט נאך זיין אויף אלע שפראכן.


*


יארן צוריק ווען עס האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל געבן שיעורים פאר חתנים און אברכים, דעמאלט פלעגט זיין שיעורים נישט באופן קבוע, נאר שטילערהייט פאר תלמידי הישיבה, מוהרא"ש האט דעמאלט געלעבט איז דאס געווען אויף א קליינעם פארנעם.


שפעטער ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעבעצין עליה השלום, זי האט מיר זייער ליב געהאט; זי האט זיך זייער צואוויינט, זי האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס איז מיר זייער אריין אין מיינע ביינער, דאס האט געטוישט מיין מהלך מחשבה, פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן מיט שיעורים און דרשות באופן קבוע.


די רעבעצין האט מיר דעמאלט געזאגט א זאך וואס זי האט קיינעם נישט געזאגט, זי האט מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "וואס זאל איך טון, איך האב נישט געהאט די שכל, איך האב נישט געפאלגט מוהרא"ש"; איר ווייסט דאך זיכער, ווען די רעבעצין האט באקומען די שרעקליכע מחלה לא עלינו ולא עליכם האט מוהרא"ש זיך געבעטן ביי איר, ביי די קינדער און אייניקלעך אז מען זאל איר נישט געבן די שארפע קימא טערעפי, מוהרא"ש האט געזאגט: "אויב מען וועט געבן פאר מיין ווייב די שארפע מעדעצין וועל איך אוועקגיין נאך פאר איר פון די וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין פון די וועלט, און אויב וועט זי נישט נעמען קיין מעדעצין וועט זי זיין געזונט און שטארק און איך וועל אויך בלייבן לעבן"; זיי האבן זיך אלע אויסגעלאכט, זיי האבן נישט געהאט קיין אמונת חכמים, זיי האבן גערופן דאקטורים מיט רבנים זאלן פארדרייען דעם קאפ.


למעשה האט זיך מוהרא"ש געהאלטן פעסט, און ווער עס איז אריינגעקומען צו אים האט מוהרא"ש זיך געבעטן: "פאלגט מיר, געבט נישט מיין ווייב קיין טריטמענטס, נאר אזוי וועט זיין א ישועה"; למעשה האט מען נישט געפאלגט, מען האט אנגעהויבן געבן טריטמענטס פאר די רעבעצין, און אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט - אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז קודם נסתלק געווארן.


דעמאלט בין איך געקומען מנחם זיין, האט זי געוויינט זייער ביטערליך צו מיר, זי האט מיר געזאגט: "פארוואס האב איך נישט געפאלגט? פארוואס האב איך זיך געהאלטן קלוגער?!" דעמאלט האט זי מיר געזאגט א ווארט וואס איז מיר אריין אין מיינע ביינער, זי האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט צאמנעמען די אינגעלייט און די בחורים, זיי ווייטער מחזק זיין - וועט דיר מיין מאן האקן אויפ'ן קאפ מיט א שטעקן, איך ווארן דיר אויב דו וועסט לאזן צעפאלן די שיינע חבורה", זי האט עס געזאגט אין ענגליש און מיין ווייב האט מיר דאס איבערגעטייטשט; דאס האט מיר געמאכט איך זאל צאמנעמען די חברים און תלמידים, איך האב גענומען אלע אינגעלייט און זיי אנגעהויבן מחזק זיין ביתר שאת וביתר עוז.


***


דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


אויף אייער פראגע, דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה; דער רבי זאגט אויס דעם סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין מען זאל אננעמען די דיבורים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט - הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט, נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט - דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד) "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים, בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם", וואס איז די סוד מען זאל אויסהערן? "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין ווען מען רעדט צו מענטשן, בפרט צו בני הנעורים - זיי זאלן אננעמען די דיבורים. אז מען רעדט פון צדיקים, מען רעדט התחזקות, מען ווייזט די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אידישע קינדער, דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים, נישט קיין חילוק ווי ווייט דער מענטש זאל זיין איינגעזינקען אין טומאה קען ער זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - די דיבורים איז נתקבל על הלב, מען רעדט פאזיטיוו, מען ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן - דאס האבן מענטשן ליב צו הערן.


***


וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


אויף אייער פראגע וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור; דאס וואס מיר האבן פריער גערעדט - דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ציען זיך צום הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי געבט חיזוק, דער רבי לאזט נישט פאלן, די חיזוק וואס מען באקומט ביים רבי'ן - געפונט מען נישט ערגעץ אנדערש, דער רבי לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע מענטש און ווייזט א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


וויסן זאלט איר, מענטשן זענען היינט זייער צעבראכן, מענטשן זענען זייער דורשטעריג פאר חיזוק, אידישע קינדער בענקען זיך זייער צום אייבערשטן, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) מיט א שטארקע בענקשאפט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען; פון די אנדערע זייט זענען די נסיונות היינט זייער שטארק, מענטשן פאלן זייער גרינג אראפ און דאס צעברעכט זייער שטארק, מען שפירט אז מען איז שוין פארפאלן; ביז מען הערט דעם קול פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; נישטא קיין ייאוש! יעדער איינער קען ווערן א גרויסער צדיק, דארפסט נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר מוחל זיין און דיך מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער ענטפער פארוואס ברסלב ציט אזויפיל מענטשן, ווייל עס איז נישטא קיין מענטש, קיין משפחה - וואס דארף נישט קיין חיזוק.


***


חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה פון דעם געבענטשטן טויש, וואס האט פאסירט?


אויף אייער פראגע פארוואס חסידות ברסלב ווערט היינט אזוי צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; איך ווייס נישט וואס איז געווען פופציג יאר צוריק, איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז געווען פופציג יאר צוריק; עס איז נישט געווען קיין מנין אידן וואס האבן געוויסט ווי אזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט "ב-ר-ס-ל-ב", דורך הפצה האט מוהרא"ש אריינגעברענגט דעם הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט, נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט וויסן פון רבי'ן און נישט נעמען חיזוק פון רבי'ן; אפילו די מתנגדים לעבן אויך פון רבי'ן, זיי ווייסן נישט; זיי מיינען אז זיי האבן חיזוק פון דעם און יענעם, זיי ווייסן נישט אז דער בעל דרשן פון וועם זיי נעמען חיזוק - ער נעמט חיזוק פון רבי'ן.


*


מיר שטייען שוין נענטער צו ווערן אויסגעלייזט. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתלו הערה צ) מען האט געפרעגט רבי נפתלי ער זאל ארויסגעבן עפעס סודות פון מגילת סתרים, זאכן וואס דער רבי האט פאראויסגעזאגט וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט רבי נפתלי געזאגט מיט א שמייכל: "ווען די וועלט וועט אננעמען דעם לקוטי מוהר"ן קען מען זיך רעכטן אויף משיח"; דאס זעט מען היינטיגע טעג, ווי עס גייט אריין דעם רבינ'ס זאך אין די וועלט מער און מער, עס ווערן מקורב פון אלע שיכטן און פון אלע קרייזן, און וויפיל מען זעט און וויפיל מענטשן שטעלן זיך ארויס - איז דאס נאך גארנישט וויפיל לעבן פון רבי'ן; אלע האבן חיות פון רבי'ן.


די אדמורי"ם ווייסן נישט אז אלע זענען שטילערהייט ברסלב'ער חסידים, באלד וועט די פייגל געבן א פייף און אלע וועלן פליען מיט'ן פייגל קיין אומאן. אזוי האט דער רבי דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל צו זיצן אויף די אייער און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון דעם שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן ענדיגט דעם שיחה: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים, מען מיינט זיי באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, באלד וועט דער רבי געבן א פייף און אלע וועלן קומען קיין אומאן, איבערלאזן זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


איך האף אז איר וועט זיין צופרידן מיט די תשובות און עס וועט ארויסקומען א תועלת פון דעם.


***


איך וויל אייך בעטן איין קליינע בקשה, היות איר געבט ארויס א ספר, איר נעמט צוזאם פון אלע תלמידי היכל הקודש און פון אלע וואס פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש, זאלט איר אריינדרוקן די פאר שירות:


טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, דער רבי האט שוין געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך גרופעס גרופעס; דאס מיינט עס וועט זיין אסאך כיתות אין ברסלב, יעדער איינער וועט גיין דארט וואו זיין הארץ ציט אים, דארט וואו ער קען שעפן חיות אין עבודת השם; דעריבער זעען מיר וויפיל כתות עס איז דא אין ברסלב בכלל און יעצט אין היכל הקודש בפרט, אבער מיר מוזן זיך קענען ליידן איינער דעם צווייטן, מען טאר זיך נישט פיינט האבן.


איך בעט אייך, הערט אויף זיך פיינט האבן, לאזט אפ די פיינטשאפט איינער צום צווייטן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן עס זאל זיין שלום צווישן אונז, לאמיר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. איר געדענקט דאך אלע אין אומאן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשות, איך קען נישט פארגעסן די מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפ'ן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיט'ן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פאר'ן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט; מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן.


א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#19 - מעג מען זיך נאריש מאכן ביים לערנען עברי מיט קינדער?
חינוך הילדים, צדיקים, מלמדים, עברי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א קליינע שאלה; איך בין אן עברי מלמד, און ווען מען לערנט א-ב און נקודות מיט קינדער, מאכט מען זיך נאריש מיט כל מיני קינדערישע סימנים, קינדערישע וויצן, און דאס גלייכן, אז די קינדער זאלן ליב האבן און געדענקען די אותיות און נקודות.


איך פיר זיך אז ווען איך ענדיג די צורות פון די נקודות כסדרן, זינג איך ווייטער מיט די נקודות ניגון, "א פינטל אינמיטן, איז א מלאפום", אזוי גייט אריין אין קאפ א סימן אויף די מלאפום. אבער אסאך מאל מאכט איך זיך נאריש און ווען איך זינג מיט די קינדער מאך איך בדוקא א טעות און איך זינג "א 'פימפל' אינמיטן, איז א מלאפום", און די קינדער לאכן. נאכדעם זאג אז ניין, ס'איז א טעות, מען דארף זאגן פינטל און נישט פימפל; איז דאס אויסגעהאלטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לאזט זיך אזוי אראפ צו די קינדער, דו מאכסט זיי אזוי אינטערעסאנט - זיי זאלן ליב האבן די א-ב, זיי זאלן ליב האבן צו לערנען.


ווען מוהרא"ש פלעגט רעדן פון א צדיק ווי ער לאזט זיך אזוי אראפ צו זיינע תלמידים, פלעגט מוהרא"ש אלץ געבן די משל פון א גוטער מלמד. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "א גוטער מלמד איז דער וואס לאזט זיך אראפ צו די קינדער, ער זיצט מיט די קינדער אויפ'ן ערד, ער מאכט מיט די שפילצייג אן אות אלף, אזוי גייט עס אריין אין די מח פון די קינדער. ווען מענטשן זעען דאס, זיי קוקן אריין אין פענסטער פון די כיתה און זעען ווי דער מלמד שפילט זיך אויף דער ערד, פרעגן זיי: 'וואס גייט פאר? דער איז א נארמאלער מלמד? ער שפילט מיט די קינדער?' דער מנהל ענטפערט זיי: 'ווארט, וועט איר אליינס זען, אייער קינד וועט אהיים קומען און וועט קענען די א-ב', - דעמאלט זעט מען אז דאס איז א גוטער מלמד, ער לאזט זיך אזוי אראפ צו די קינדער ביז זיי כאפן אויף גוט דעם לימוד. אזוי איז א צדיק, עס זעט אויס ווי ער איז נאריש, ער רעדט, ער שמועסט, ער לאכט, ער לאזט זיך אראפ צו די תלמידים, אבער שפעטער ווען די תלמידים גייען אהיים, זיי הויבן אן רעדן צום אייבערשטן, זיי הויבן אן לעבן מיט אמונה - דאס איז אלעס דער כח פונעם צדיק".


מוהרא"ש פלעגט אלץ מחזק זיין מלמדים מיט דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הויבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס לאזט זיך אראפ צו די קינדער זיי זאלן קענען לערנען.


פינטל, פימפל, סימפל און דימפל, - נישט קיין חילוק וואס דו זאגסט, דער עיקר די קינדער זאלן גוט אויפכאפן די הייליגע א-ב, זיי זאלן קענען גוט ליינען, אויסוואקסן גרויסע צדיקים וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#18 - איך וויל שטארקן מיין אמונה, וואו קען איך זען מופתים?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, צדיקים, מוהרא"ש, ספיקות, חנוכה, קשיות, נסים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין יונגער מענטש, איך האב א שטוב מיט קינדער, איך בין אבער אין א גרויסע פארלעגנהייט מיט שטארקע ספיקות אין אמונה.


איך האב געליינט רחמנא ליצלן ספרים פון חקירה, אזוי ווי מורה נבוכים און נאך, און דאס האט מיר געמאכט ספיקות אויב עס איז בכלל דא אזא זאך פון נסים למעלה מדרך הטבע, נסים וואס טוישן די טבע פון די וועלט.


איך האב זייער אסאך פרובירט זיך צו שטארקן מיט אמונה פשוטה, מיט התבודדות, מיט ברסלב'ע ספרים, עס האט מיר אבער נישט געהאלפן.


איך זוך פשוט צו זען עפעס א נס, א מופת, און דאס וועט מיר פארענטפערן אלע ספיקות אין אמונה. איך פארברענג אסאך צייט זיך צו דרייען ביי צדיקים וואס מ'זאגט אז זיי זענען פועלי ישועות, כדי צו זען אפשר, אדער כאטש צו הערן פון א באגלייבטער כלי ראשון וואס איז נישט קיין בעל דמיון, עפעס וואס איז א קלארער נס, וואס ווייזט קלאר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. צום ביישפיל א נס פון קפיצת הדרך וואס איז ממש למעלה מן הטבע און למעלה מן הזמן. למעשה האב איך עס אבער נישט געטראפן, און איך ווייס נישט וואס צו טון מיט זיך.


איך בעט דעם ראש ישיבה שליט"א מיט מיין גאנצע הארץ, אויב איר קענט מיר טרעפן א באגלויבטער מענטש, וואס זאל מיר דערציילן אן אפענער נס וואס ער האט געזען ביי א צדיק, דאס וועט מיר בארואיגן.


און זיכער אויב דער ראש ישיבה שליט"א אליין קען אזא סארט צדיק וואס איך קען ביי יענעם זען א נס, אדער ער זאל זען אויף מיר מיינע עבירות און מצוות, וואס דאס וועט מיר ארויסנעמען פון מיינע ספיקות וואס פארטונקלען מיר מיין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זוכסט א פלאץ וואו דו קענסט זען א נס? קוק זיך אליינס אן! אטעם אריין לופט און בלאז ארויס לופט - דאס איז די גרעסטע נס. די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה יד, ט): "עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא, מַה טַּעַם (תהלים קנ, ו) כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ, כָּל הַנְּשִׁימָה תְּהַלֵּל יָהּ", אויף יעדע אטעם דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן; אן דעם באשעפער קען מען נישט אריין אטעמען אפילו איין אטעם.


ווען די חשמונאים האבן מנצח געווען די יוונים, ווען זיי זענען אריין אין בית המקדש און געזען דעם גרויסן חורבן וואס די יוונים האבן געמאכט, מען האט נישט געקענט אנצינדן די הייליגע מנורה, אלע אויל זענען געווען טמא, פלוצלונג האבן זיי געטראפן א קריגל אויל, עס איז געווארן א נס אז עס האט געברענט אכט טעג, האבן די הייליגע חכמים מתקן געווען די הייליגע יום טוב חנוכה. פרעגט דער הייליגער בית יוסף (בית יוסף אורח חיים, סימן תר"ע) די באקאנטע קשיא, פארוואס מאכן מיר אכט טעג יום טוב חנוכה? פאר איין טאג איז דאך געווען גענוג אויל צו צינדן, דער נס איז געווען נאר זיבן טעג!


זאגט מוהרא"ש פון צדיקים, דאס אז אויל ברענט - איז דאך די גרעסטע נס! די הייליגע חשמונאים האבן געזען אז די טבע איז א נס, נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, אלעס איז אייבערשטער! אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה.), די טאכטער פונעם הייליגן רבי חנינא בן דוסא האט געוויינט צו איר טאטע, זי האט אנגעצינדן שבת לעכט, זי האט געמיינט אז עס איז אויל, למעשה איז דאס געווען עסיג און זי זאגט פאר איר טאטע: "עס גייט זיך יעצט פארלעשן און מיר וועלן זיצן שבת אין די פינסטער", האט דער הייליגער צדיק איר געזאגט: "וואס וויינסטו? דער אייבערשטער וואס זאגט אז אויל זאל ברענען קען מאכן אז עסיג זאל ברענען, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן", זיי האבן מתפלל געווען און עס איז געשען א נס, די עסיג האט געברענט! עס האט געברענט נאך לענגער ווי די אויל, עס האט געברענט ביז מוצאי שבת; אלע האבן געזען אז עס איז נישטא קיין טבע, די טבע אליינס איז אייבערשטער.


דו דארפסט תשובה טון פאר'ן לערנען די ספרים פון חקירה. דער רבי האט זייער מקפיד געווען נישט צו לערנען די ספרים, אפילו ספרים פון הייליגע ראשונים - האט דער רבי זייער מקפיד געווען נישט צו לערנען. דו דארפסט תשובה טון, איבערבעטן דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תז): "יְּכוֹלִין לְהַכִּיר בְּהַפָּנִים שֶׁל הָאָדָם אִם לָמַד מוֹרֵה נְבוּכִים", מען קען דערקענען אויפ'ן פנים פונעם מענטש אויב ער האט געלערנט דעם ספר מורה נבוכים, "כִּי בְּוַדַּאי הוּא אוֹבֵד צֶלֶם אֱלֹקִים פָּנִים דִּקְדֻשָּׁה עַל יְדֵי זֶה", מען פארלירט די צלם אלקים, די הייליגקייט פונעם פנים, "וּכְמוֹ שֶׁרוֹאִין בְּחוּשׁ שֶׁרֻבָּם כְּכֻלָּם שֶׁעָסְקוּ בְּאֵלּוּ הַסְּפָרִים בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ, נַעֲשׂוּ אֶפִּיקוֹרְסִים גְּמוּרִים, וְהֵם חֲשׁוּדִים עַל כָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה. כִּי זֶה הַסֵּפֶר וְכֵן שְׁאָר סִפְרֵי הַמְחַקְּרִים עוֹקְרִים אֶת הָאָדָם לְגַמְרֵי מֵאֱמוּנַת יִשְׂרָאֵל, וּמִתּוֹרָתֵנוּ הַקְּדוֹשָׁה, וּמֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאַחֲרִיתוֹ עֲדֵי אוֹבֵד", די אלע וואס לערנען די ספרים פון חקירות ווערן ביים סוף אפיקורסים, די ספרים רייסן אויס די אמונה אינעם אייבערשטן און אין די הייליגע תורה, "גַּם אֲנִי דִּבַּרְתִּי עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים שֶׁהֵם כְּשֵׁרִים קְצָת, שֶׁלָּמְדוּ מִכְּבָר סִפְרֵי הַמְחַקְּרִים, וְכֻלָּם אָמְרוּ בְּפֶה מָלֵא שֶׁהֵם מִתְחָרְטִים מְאֹד עַל זֶה שֶׁלָּמְדוּ, וְהַלְוַאי שֶׁלּא הָיוּ יוֹדְעִים מֵהֶם. וְהֵעִידוּ בְּעַצְמָן שֶׁרָאוּי לְהִתְרַחֵק מֵהֶם מְאֹד מְאֹד בְּתַכְלִית הָרִחוּק", איך האב גערעדט מיט מענטשן - זאגט דער רבי, וואס זיי זענען ערליך, זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן אלע חרטה פאר'ן אריינקוקן אין די ספרים, און הלואי וואלטן זיי נישט אריינגעקוקט אין די אלע ספרים. "אַשְׁרֵי מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מֵהֶם וּמְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה לְבַד, כְּפִי מַה שֶּׁקִּבַּלְנוּ מֵאֲבוֹתֵינוּ כְּמוֹ שֶׁכְּלַל יִשְׂרָאֵל מַאֲמִינִים בְּלִי שׁוּם חֲקִירוֹת שֶׁל שְׁטוּת וָהֶבֶל שֶׁלָּהֶם", וואויל איז דער וואס אנטלויפט פון די אלע זאכן, ער איז שטארק אין די אמונה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן, אן קיין שום נארישע חקירות.


מוהרא"ש פלעגט זיך קיינמאל נישט טענה'ען אויף די אמונה, ווען מען איז געקומען צו אים פרעגן קשיות האט ער יענעם געמאכט צו נאר; ער האט יענעם געזאגט: "שטעל זיך אויף, זעץ זיך אראפ, הייב זיך נאכאמאל אויף און גיי אהער און גיי אהין", און מוהרא"ש פרעגט: "זאגט מיר, ווער וואקט אין דיר? ווער גייט אין דיר? ווער רירט זיך אין דיר? דאס אלעס איז נאר דער חלק אלוקי ממעל, א מענטש אן דעם אייבערשטן איז א שטיק פלייש וואס קען זיך נישט רירן, קען נישט קומען און קען נישט גיין"; ביז די אלע וואס זענען זיך געקומען טענה'ען מיט מוהרא"ש האבן תשובה געטון.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלע וואס פרעגן 'וואו איז דער אייבערשטער?' זיי ווילן זען דעם אייבערשטן: "וואס איז לופט? ווי אזוי זעט אויס לופט? זיי מיר מסביר וואס איז לופט, וואו קען מען עס זען?" מוהרא"ש פלעגט זאגן: "לופט קען מען נישט זען, לופט איז אייבערשטער; דער אייבערשטער געבט די חיות פאר'ן מענטש".


אז דו ביסט אזוי אראפגעפאלן אין די ערגסטע פלאץ וואו א מענטש קען נאר אנקומען, דו האסט קשיות און ספיקות - איז דא איין עצה פאר דיר, די עצה פון התבודדות. גיי וויין צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך האב נישט קיין אמונה, איך גלייב נישט אין דיר; איך האב געטון א נארישקייט, איך האב אריינגעקוקט אין ספרים וואס מען טאר נישט קוקן, יעצט איז מיר דער קאפ פארדריידט, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן אמונה אין דיר, איך זאל האב אזא שטארקע אמונה אז איך זאל דיר זען, הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך א נס איך זאל אנהייבן גלייבן אין דיר אזוי ווי אמאל, געב מיר א שטארקע אמונה".


שרייען צום אייבערשטן - דאס וועט דיר העלפן, מאך זיך נישט משוגע פון זוכן מופתים וכו', גיי צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו): "וַאֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב", די עצה אויף דעם איז שרייען צום אייבערשטן פון טיפעניש פון הארץ: "הייליגער באשעפער, וואס האט דא פאסירט מיט מיר?! איך בין אין א סכנה, די אמונה איז מיר פארלאשן! איך וווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, העלף מיר האבן אמונה".


דער רבי זאגט (שם): "קֻשְׁיָא" איז די ראשי תיבות: "שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא, שֶׁצָּרִיךְ רַק לִקְרוֹת לַה', כְּשֶׁמִּתְגַּבֵּר עָלָיו הַקֻּשְׁיָא וְהַכְּפִירָה", מען דארף וויינען און שרייען צום אייבערשטן ווען מען זעט אז עס זענען זיך מתגבר די קשיות און כפירות.


מאך זיך א שיעור אין ספר יד החזקה פון הייליגן רמב"ם; דער רבי האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועלן מיר פסק'נען ווי דער רמב"ם", אבער די אנדערע ספרים - זאלסטו נישט לערנען און נישט האלטן אין שטוב.


א ליכטיגן חנוכה.

#17 - דורך דעם וועג פון מוהרא"ש, קען מען אויך ווערן א גרויסער צדיק?
התחזקות, חסידות ברסלב, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך די שיעורים, און דאס געבט מיר די ריכטיגע וועג אין לעבן, איך פארשטיי ווי אזוי מ'קען אויף דעם וועג פון מוהרא"ש ווערן א פשוטער ערליכער איד, אבער איך וויל זוכה זיין צו ווערן א צדיק אזוי ווי אין די פריערדיגע דורות, קען מען דורך די עצות פון מוהרא"ש אויך זוכה זיין צו דעם? און אויב יא, ווי אזוי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס ליינט זיך פון דיינע ווערטער אז דו קוקסט אן דעם רבינ'ס התחזקות, אז דאס איז עפעס וואס איז זייער פשוט, דאס איז פאר פשוט'ע מענטשן; אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק, דער רבי האט אזא כח, ער הייבט אונז אויף צו די גרעסטע דרגות, צו די דרגא פון פריערדיגע צדיקים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי): "איך האב ביי מיר מענטשן וואס זענען געווען אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, זיי זענען געליגן אזוי טיף אין עבירות, איך ווייס נישט צי דער שאול תחתית וואלט געווען גענוג פאר זיי און דורך מיר זענען זיי מקורב געווארן צום אייבערשטן, איך האב זיי מתקן געווען מיט א תיקון וואס זיי דארפן זיך נישט שעמען פון גרויסע צדיקים"; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס עצות ווערט געטוישט מקצה אל הקצה.


קוק נאך די שיחות אין חיי מוהר"ן (מעלת המתקרבים אליו), וועסטו זען צו וואס מען קען זוכה זיין, אפילו דער קלענסטער מענטש. דער רבי זאגט (שם, סימן שיב): "עם הקטן שבאנשי שלומנו יהיה נעשה עמו בעולם מה שלא נעשה עם הגדול שבמפורסמים של עכשיו", מיט'ן קלענסטן פון אנשי שלומינו וועט ווערן וואס ווערט נישט פון די גרעסטע מפורסמים פון היינטיגע צייטן.


באנוץ זיך מיט די עצה פון התבודדות, מיט די עצה ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, מיט די עצה פון שמחה, מיט די עצה צו געדענקען פון תכלית - וועסטו ווערן א גרויסער צדיק; וואויל איז דעם וואס לעבט מיט די עצות, וועט ער נישט חרטה האבן, ווייל דער רבי האט געזאגט (שם, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוויסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#16 - וואו איז מיין שורש נשמה?
מורה דרך, צדיקים, נשמה, פארנארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ליובאוויטשע שטוב, מיין עלטערן געהערן קיין חב"ד, אבער זיי גייען אויך צו א חשובער משפיע פונעם היינטיגן דור. עטליכע יאר צוריק האב איך זיך באקענט מיט ברסלב, און שפעטער בין איך געוואויר געווארן פון מוהרא"ש דורכ'ן ספר "אש קודש", איך האב געליינט די מעשיות דארט און איך בין שטארק נתעורר געווארן דערפון.


איך האב געהאט דעמאלט א שטיקל "מופת", ווייל איך האב געליינט דארט איבער פילע מופתים פון מוהרא"ש, און איך האב אנגעהויבן טראכטן איז דען מופתים דאס עס מאכט א צדיק, און פונקט דעמאלט האב איך געגעבן א מיש אויף צו די הקדמה, און דער מחבר שרייבט דארט, "זיכער איז נישט די מופתים וואס מאכן איינעם פאר א צדיק, נאר דאס וואס ער איז מקרב אידן צום אייבערשטן", און דאס איז מיר געווען א שטארקע חיזוק. שפעטער האב איך געלערנט נאך פילע ספרים פון מוהרא"ש און דאס האט מיר פיל געהאלפן אין לעבן.


יעצט בין איך אבער זייער צעמישט וואס מיין שורש נשמה איז, איך שפיר אז ס'איז אין ברסלב, און ברוך ה' אז מיין עלטערן פארשטייען דאס און שעצן דאס, פון דעסט וועגן בין איך אבער אויפגעוואקסן אין ליובאוויטש, און אויך האב איך זייער ליב דעם משפיע צו וועמען מיינע עלטערן גייען. איך וויל וויסן מיט א קלארקייט ווער מיין רבי איז, וואס מיין שורש נשמה איז, ווי אזוי קען איך וויסן אויב עס איז אין ברסלב, חב"ד, אדער ביי דעם חשובן משפיע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן וואו צו גיין און פון וועם צו מקבל זיין הדרכה אין לעבן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן, "וְיָדוֹ סְגוּרָה", מיט א פארמאכטע האנט, "וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", ער פאפט אויס אלעמען, יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט; "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע", אזוי טוט דער יצר הרע, "שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש מען זאל אים נאכלויפן, ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


מוהרא"ש זאגט, דער רבי מיינט מיט דעם משל בעיקר דאס נאכלויפן א צווייטן; עס זענען דא וואס לויפן נאך אנדערע, מען לויפט צו משפיעים, צו רבי'ס - און מען ווערט אפגענארט, עס גייט אריבער דאס לעבן מיט גארנישט.


איין עצה איז דא: 'אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל אנקומען צום אמת'; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן בזה העולם, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן.


מוהרא"ש זאגט (צוואת מוהרא"ש, אות טו): "וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה, דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - ווי אזוי קענען מיר געהאלפן ווערן מיט קינדער?
רפואה, סבלנות, קינדער, צדיקים, סגולות, צדקה, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים כמעט יעדן טאג שוין פאר אסאך יארן, און ס'איז נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס דאס געבט פאר טאג טעגליכן לעבן, מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל עפעס פרעגן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען בארואיגן די געפילן. מיר ווארטן שוין זייער לאנג געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, מיר האבן שוין געטון גאר אסאך פעולות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, געהאלפן צו ווערן, אבער דערווייל האבן מיר ליידער נאכנישט מצליח געווען.


אין די לעצטע שטיק צייט האבן מיר באקומען זייער שטארקע הבטחות פון צוויי גרויסע צדיקים און גדולים, אז מיר וועלן זיכער געהאלפן ווערן, און צום סוף האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, מיין שאלה איז ווי אזוי ס'קען זיין אז א גרויסער צדיק זאל ממש צוזאגן אז איך וועל געהאלפן ווערן, נישט מיט א ברכה נאר מיט אן הבטחה, און צום סוף זאל עס נישט מקוים ווערן?


איך בין חס ושלום נישט מזלזל אין קיינעם, איך רעד זיך נישט אפ, איך וויל נאר פארשטיין ווי אזוי דאס קען פאסירן, און איך דארף חיזוק זיך צוזאם צו נעמען די כוחות, און ווייטער גלייבן אין די גדולי הדור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט ווער זענען די גדולים, ווער זענען די צדיקים; מען קען גוט אויספאפן מענטשן. עס זענען דא מענטשן וואס ארבעטן אויף אנדערע, זיי פאפן אויס, זיי זאגן אז זיי זענען גרויסע צדיקים, זיי זעען זאכן וואס טוט זיך אין הימל ווען זיי ווייסן נישט פון זייער לעבן צו זאגן, זיי ארבעטן צו בא'גנב'נען מענטשן, נעבעך, אומשולדיגע מענטשן ווערן פארנארט דורך זיי.


שטארקט זיך, ווערט נישט מיואש, בעטס דעם אייבערשטן מיט רחמנות ער זאל אייך געבן קינדער; טוט וואס חנה, די מאמע פון שמואל הנביא - האט געטון, זי האט געבעטן דעם אייבערשטן, זי האט גע'טענה'ט מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א א, יב): "וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה'", חנה האט אסאך געדאווענט צום אייבערשטן פאר קינדער ביז זי איז געהאלפן געווארן, זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (ירושלמי ברכות ד, א): "שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה בִּתְפִלָּה נֶעֱנֶה"; פון דא זעט מען אז דורכדעם וואס מען דאווענט און מען בעט אסאך דעם אייבערשטן - ווערט מען געהאלפן.


מאכט אייך א פושקע און יעדן טאג זאלט איר אריינלייגן פינף הונדערט צוויי און ניינציג פרוטות (אין דאלער איז דאס כמעט זעקס דאלער און אין שקל איז דאס כמעט זעקס שקל) און בעטן: "הייליגער באשעפער, תן לי בנים, געב מיר קינדער", ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה חלק ב', סימן יד; תפלה חלק ב', סימן ט): "יֵשׁ תְּפִלּוֹת", עס זענען דא תפילות, "שֶׁאֵינָם נִתְקַבְּלִים לְמַעְלָה", וואס ווערט נישט אנגענומען אויבן, "אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִים כָּל כָּךְ מָעוֹת לִצְדָקָה", נאר ביז מען געבט אזויפיל געלט פאר צדקה, "כְּפִי מִסְּפַּר הָאוֹתִיּוֹת שֶׁל הַתְּפִלָּה הַשַּׁיָּךְ לְזֶה הַדָּבָר", אזויפיל ווי עס באטרעפט די צאל פון די תפילה, "לְמָשָׁל", דער רבי געבט א משל, "כְּשֶׁמִּתְפַּלֵּל אֵלּוּ הַתֵּבוֹת: 'תֵּן לִי בָּנִים'", ווען מען בעט, געב מיר קינדער, "צָרִיךְ לִתֵּן צְדָקָה", דארף מען געבן פאר צדקה, "כְּמִסְפַּר אוֹתִיּוֹת 'תֵּן לִי בָּנִים'", וויפיל עס באטרעפט די צאל פון 'געב מיר קינדער'; און די געלט זאלט איר געבן פאר ארעמעלייט, ווייל דער רבי זאגט (שם, בנים סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם", וואס זאל א מענטש טון, "וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", אז ער זאל האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן געלט פאר ארעמעלייט, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", און ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


איך האב שוין געזען ביי אנשי שלומינו וואס האבן דאס געטון; אנשטאט אויסגעבן געלט פאר דאקטורים וואס קענען סיי ווי נישט העלפן, האבן זיי געהאט א צדקה פושקע אין שטוב און יעדעס מאל געגעבן די סכום פרוטות פאר צדקה. זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן מיט א תמימות און א פשיטות, זיי האבן געהאלטן די פרוטות מיט ביידע הענט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה, סימן כז; תפלה, סימן מה): "עַל יְדֵי צְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם", ווען מען געבט צדקה מיט ביידע הענט, "תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", ווערט אנגענומען די תפילה; און דערביי געבעטן דעם אייבערשטן 'תֵּן לִי בָּנִים', זיי האבן געגעבן די געלט פאר ארעמעלייט און זיי האבן קינדער שלא על פי דרך הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - ווער איז דער ריכטיגער רבי פון וועמען איך קען מקבל זיין?
מחלוקת, ספרי ברסלב, מורה דרך, צדיקים, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב פשוט נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט מיר געגעבן לעבן, איידער איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים איז מיין לעבן געווען זייער ביטער, און דורך די שיעורים האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט, איך האב אנגעהויבן זען די זיסקייט פון הייליגן באשעפער, און זיין גרויס רחמנות.


א שטיק צייט צוריק בין איך דורך גאר א שווערע איבערלעבעניש, דעמאלט האט מיר איינער געגעבן א נומער פון א חשובן רב, א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע, און יענער האט מיר גאר שטארק מחזק געווען. און זייט דעמאלט האלט איך אן קשר מיט אים, און ער ענטפערט מיר אויף מיינע שאלות.


דאס מאכט מיר אבער זייער צעמישט, איך שפיר ממש וואס דער הייליגער רבי זאגט אז ווען מ'האט צוויי רבי'ס שאדט דאס פאר אמונת הייחוד, ס'איז מיר שווער מסביר צו זיין, אבער ס'איז א שווערע זאך פאר מיר, אבער פון די אנדערע זייט מאכט מיר דאס פיל גרינגער ווייל איך קען אים קלינגען סיי ווען און ער ענטפערט מיר גלייך, ווידער ביים ראש ישיבה שליט"א דארף איך שרייבן א בריוו וואס איז מיר נישט אזוי גרינג, און ס'קען נעמען אסאך צייט ביז איך באקום דעם ענטפער.


אויך שטערט מיר דאס וואס ער האלט זיך נישט אינגאנצן בשלום מיט אנדערע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, הלואי זאל זיין א פולע אחדות אין היכל הקודש.


איך שפיר זיך נישט באקוועם צו פרעגן די שאלה, אבער תורה היא וללמוד אני צריך, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט עס אנקוקן מיט א גוט אויג, און מיר ענטפערן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר האבן אלע איין רבי, דער הייליגער רבי איז אונזער רבי ביז משיח וועט קומען, דער רבי וועט ענדיגן אלע תיקונים און אונז אלע מתקן זיין; מיר דארפן זיך האלטן אינאיינעם, נישט מאכן קיין מחלוקות.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן אין די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן, מוהרא"ש שרייבט די סימנים פון וואס מען זאל זיך היטן; דער סימן פון א פאלשער מנהג און דער סימן פון אן אמת'ער מנהיג.


איך ברענג דיר אראפ דעם לשון פון די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות טו):


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט גוּט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דֶער עִיקָר אִיז צוּ הָאבְּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' צוּ גְלֵייבְּן אִין דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים. דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן ס"א) אַז וֶוען מֶען הָאט 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' דַאן וֵוייסְט מֶען וָואס מֶען דַארְף צוּ טוּן, מֶען וֵוייסְט וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן אִין 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', צוּ גְלֵייבְּן אַלֶעס וָואס דֶער רֶבִּי זָאגְט אוּנְז, אוּן מְקַיֵים זַיין אִין פָאלְגְן אַלֶעס וָואס עֶר הֵייסְט. דָאס אִיז דֶער שְׁלֵימוּת פוּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קכ"ג).


וֶוען אִיר וֶועט הָאבְּן אֱמֶת'דִיג 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', אִיר וֶועט גְלֵייבְּן אִין רֶבִּי'ן אוּן פָאלְגְן זַיינֶע וֶוערְטֶער, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ קֶענֶען אַן עֵצָה גֶעבְּן אִין יֶעדְן מַצָב, אִיר וֶועט שְׁטֶענְדִיג וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן אוֹיף דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג.


גֶעדֶענְקְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אִיז אוּנְזֶער רֶבִּי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן פוּן פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס אֲפִילוּ זִיךְ אַלֵיין קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן, אוּן זִיכֶער קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן אַנְדֶערֶע. סְפֶּעצִיעֶל אִינֶעם לֶעצְטְן דוֹר, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַז עֶס וֶועט דַאן זַיין זֵייעֶר אַסַאךְ פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אַזוֹי סַאךְ וִוי דִי בְּלֶעטֶער פוּן בּוֹים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין שׁוּם שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אֲפִילוּ מִיט דִי פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס דְרֵייעֶן זִיךְ אוֹיךְ בַּיי אוּנְז צְוִוישְׁן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ.


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק.


אִינֶעם הַיינְטִיגְן דוֹר אִיז דֶער רֶבִּי אַלֵיין דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק. עֶר וֶועט עֶנְדִיגְן אַלֶע תִּקּוּנִים אוּן פַארְרֶעכְטְן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ הַאלְטְן בַּיים רֶבִּי'ן, אִיר זָאלְט פָארְן יֶעדֶעס יָאר רֹאשׁ הַשָׁנָה קַיין אוּמַאן אוּן זִיךְ הַאלְטְן אִינְאֵיינֶעם מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ. אִיר זָאלְט זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַחְלוֹקֶת, אוּן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פָּאלִיטִיק. דֶער רֶבִּי אִיז דֶער אָרוֹן וָואס דָארְט לִיגְט דִי לוּחוֹת, אוּן בַּיי דִי אָרוֹן הָאט דֶער אָרוֹן אַלֵיין גֶעטְרָאגְן דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אִיר גֶעטְרָאגְן, קֵיינֶער דַארְף נִישְׁט הֶעלְפְן דֶעם רֶבִּי'ן, דֶער רֶבִּי טוּט אַלֶעס אַלֵיין.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר גֵיין צוּם רֶבִּי'נְס צִיוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּ מְקַיֵים זַיין וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל קוּמֶען צוּ אִים, אָבֶּער אִיר זָאלְט נִישְׁט פְּרוּבִּירְן צוּ זַיין דָארְט אַ פִירֶער, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט מִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פַּארְטֵייעֶן, אִין קַיין שׁוּם גְרוּפֶּעס, נָאר אִיר זָאלְט זִיךְ הַאלְטְן מִיטְ'ן רֶבִּי'נְס סְפָרִים, אַזוֹי וִוי דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן קצ"ב) אַז דִי פָּנִים, שֵׂכֶל אוּן נְשָׁמָה פוּנֶעם צַדִיק לִיגְט אִין זַיינֶע הֵיילִיגֶע סְפָרִים, מְמֵילָא וֶוען מֶען וִויל זַיין אֱמֶת'דִיג מְקוּרָב צוּם רֶבִּי'ן אִיז דָאס נָאר וֶוען מֶען לֶערְנְט זַיינֶע סְפָרִים, אוּן דַאן וֶועט אִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ זַיין.


אוֹיבּ וֶועט אִיר מְקַיֵים זַיין דָאס אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן, וֶועט אַייךְ זַיין גוּט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט אוֹיף אֵייבִּיג". עד כאן.


דעריבער אז דער רב איז דיר מחזק אויף עבודת השם, דו שפירסט ווי דו ווערסט נענטער צום אייבערשטן, דו באקומסט א חשק צו לערנען און דאווענען - זאלסטו ווייטער נעמען ביי אים חיזוק, אבער אויב דער רבי איז נאר פארנומען רעדן אויף אנדערע - זאלסטו אפלאזן, ווייל מחלוקת איז זייער געפארפול, דאס ווארפט אראפ דעם מענטש פון אלע מדריגות.


בעיקר זאלסטו זיך פלייסן אין רבינ'ס ספרים; דעם רבינ'ס ספרים זענען א אורים ותומים, עס ענטפערט אלעס, ער קלארט אויס אלעס; מען גייט ארויס פון אלע ספיקות, מען באקומט א קלארע מח, א שטארקע אמונה; מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען שפירט זיך ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט דארף מען שוין קיינעם נישט; וואס מען גייט אריבער, וואס עס שטערט - רעדט מען זיך אויס צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.