שאלה אין קורצן ענין
#11 - דארף איך זיך דערשרעקן אז מיין "קו החיים" טויג נישט?
תפילה והתבודדות, דאווענען, חכמות, מנין, צדקה, תמימות, קריאת שמע, חכמת היד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שיעור פון א גרויסער מבין אין "חכמת היד", און ער האט געזאגט ביים שיעור וואו און ווי אזוי עס זעט אויס די "קו החיים", די "ליניע פון לעבן" אויפ'ן האנט, און דאס האט מיר געמאכט שווער אויפ'ן הארץ, ווייל לויט ווי ער האט עס אראפגעלייגט און לויט ווי איך זע עס אויף מיין האנט, קוקט אויס אז איך וועל זיך מוטשען מיט אסאך פראבלעמען אין לעבן.


דאס האט מיך גאר שטארק דערשראקן, איך שפיר זייער אנידערגעשלאגן פון דעם. איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב ער קען מיר אויסקלארן דעם ענין, ווייל למעשה שטייט דאך די זאך פון חכמת היד אין זוהר הקדוש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו זיך מבלבל זיין מיט די זאכן; דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט גיין אויף די וועגן פון קוקן די הענט וכו', נעמען וכו', דער רבי האט אונז געלערנט דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, מען זאל נישט נאכגיין די זאכן, אזוי ווי עס שטייט (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", זאגט רש"י: "התהלך עמו בתמימות, ותצפה לו ולא תחקור אחר העתידות, אלא כל מה שיבוא עליך קבל בתמימות, ואז תהיה עמו ולחלקו", עיין שם.


די חכמה פון קוקן אויף די קריצן פונעם האנט איז טאקע א חכמה וואס די סודות שטיין אין הייליגן זוהר (פרשת יתרו), אבער דאס האט נישט מיט אונז אידישע קינדער; א איד אז ער גייט אין שול דאווענען איין תפילה מיט מנין - ווערט ער א נייע ברי', עס איז נישט דער מענטש פון פריער, און אז מען ליינט איינמאל קריאת שמע מעגן די קריצן ווייזן אויף אלעס שלעכט - וועט אים נישט פאסירן די שלעכטס, און זיכער אויב ער געבט צדקה אדער ער טוט גמילות חסדים - דארף מען זיך גארנישט זארגן.


לאז זיך אפ פון די וואס רעדן די סארט דרשות פון חכמת היד, חכמת הפרצוף; דאס העלפט גארנישט אין לעבן און נישט פאר עבודת השם, עס איז א סכנה פארן מענטש. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה, קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה", און אסאך זענען אינגאנצן אוועק געפאלן, "כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם", און איינגערעדט און פארפירט די וועלט מיט זייערע רשעות, "וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען געגאנגען מיט זייערע חכמות. "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און איידער מען טוט עפעס זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן וכו', עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - וואס טוט מען ווען א געלט-גייער רעגט זיך אויף?
מדות טובות, בזיונות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איין טאג בין איך געשלאפן אויפ'ן קאוטש און איינער האט געקלינגען ביים טיר, מיין זון איז געגאנגען צום טיר און אן ארץ ישראל'דיגער איד זאגט אים "רוף דיין טאטע", איך האב פארשטאנען אז ער גייט נאך געלט, האב איך געגעבן פאר מיין זון א דאלער אים צו געבן.


ווען מיין זון האט אים עס געגעבן, זאגט ער אים ש'כח און ער געבט אים צוריק צוויי דאלער, און ער געבט א זאג "שלעכטע מענטשן וואוינען דא", און איך האב אים געזען פון די פענסטער אוועקגיין.


דארף איך זיך צוטון מאכן? האב איך אים געדארפט נאכלויפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט פארשטיין, אסאך פון די ארץ ישראל'דיגע געלט גייערס וואס קומען קיין אמעריקע - זענען זייער דערביטערט; זיי וואלטן געוואלט זיין אין שטוב מיט די משפחה, זיי שלעפן זיך ארום אין די פרעמד קלייבן א דאלער נאך א דאלער פאר די חובות פון חתונה מאכן די קינדער; מען דארף זיי דן זיין לכף זכות און רעדן שיין צו זיי.


איך האב אמאל מיטגעהאלטן א מעשה, א איד פון ארץ ישראל איז געקומען קלייבן געלט אין די כולל וואו איך האב געלערנט נאך מיין חתונה, און איינער פון די כולל אינגעלייט האבן אים געגעבן א פרוטה. דער משולח איז ארויס פון די גלייזן, ער האט זיך פארלוירן; ער האט אנגעהויבן ווארפן זיין גאנצע געלט אין די לופט, עס איז געווען זייער ווייטאגליך דאס צו זען.


פון היינט אן, ווען דו געבסט צדקה - זאלסטו איבערבעטן די געלט גייערס, זיי זאגן: "מיר האבן נישט מער, אז מיר וועלן האבן וועלן בלי נדר געבן שענערע סכומים". און אויך זיי ברענגען טרינקען; זומער ווען זיי גייען אין די היצן - זיי ברענגען א קאלטע טרינק, און ווינטער ווען זיי גייען אין די קעלט - זיי ברענגען עפעס ווארעמס; וועסטו זוכה זיין צו די אלע ברכות וואס די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא ט:): "והמפייסו בדברים מתברך באחת עשרה ברכות", עיין שם.


וואויל איז דעם וואס רעדט שיין און בעט איבער די געלט-גייערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#9 - זאל מען בארגן געלט צו קויפן א קלייד פאר די ווייב?
חובות, שלום בית, צדקה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פארגאנגענע יאר האט מיר נישט געפעלט קיין געלט ברוך ה', אבער יעצט בין איך אנגעקומען צו א מצב אז איך האב נישט קיין געלט, און כדי נישט אריינצופאלן אין חובות האבן איך אויפגעהערט צו נוצן מיין קרעדיט קארד, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז יעצט וועלן מיר נישט קענען קויפן זאכן וואס זענען נישט אזוי וויכטיג, ווען עס קומט אבער צו שטוב זאכן, ווי עסן און דאס גלייכן, לאז איך איר איינקויפן רואיגערהייט.


איך האב אנגעהויבן אביסל גיין נאך געלט יעדן טאג, און איך זאג א גאנצן צייט פאר מיין ווייב אז נאך אביסל וועט אונז גרינגער ווערן און מען וועט קענען אלעס איינקויפן.


יעצט דארף מיין ווייב האבן א נייע קלייד פאר א חתונה, איך האב איך איר געזאגט אז יעצט קענען מיר זיך דאס נישט ערלויבן און זי וועט מוזן בארגן פון איינעם א קלייד, און שפעטער וועט מען אפשר קויפן אויף פסח מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


מיין שאלה איז אויב אויף צו קויפן א קלייד פאר די ווייב דארף מען יא בארגן געלט, דארף מען אלעס טון אז זי זאל גלייך האבן די קלייד וואס זי דארף?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בארג געלט אז דיין ווייב זאל האבן א קלייד, און גיי נאך געלט; עס איז נישט קיין בזיון צו גיין נאך געלט, זיין שולדיג חובות - דאס איז די גרעסטע בזיון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#8 - וואס זענען די מנהגים ביים זיך אריינציען אין א נייע דירה?
שלום בית, לימוד התורה, אמונה, ספרי ברסלב, אידישע שטוב, מנהגים, צדקה, מזוזה, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שבת מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, איך האב אזויפיל געדאנקט דעם אייבערשטן פאר דעם שיינעם שבת, ס'איז ממש נישטא קיין ווערטער, איך בין נאך גאר שטארק אונטער'ן רושם פון דעם שבת. אויך א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און בריוו, איך נעם מיין גאנצע חיות נאר פון די שיעורים און עצתו אמונה.


א גרויסן יישר כח פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין שיינע אידישקייט, דער אייבערשטער איז געווארן אזוי גוט און זיס אין מיינע אויגן, אמאל איז עס ליידער נישט געווען אזוי, מיין גאנצע לעבן איז פשוט שיין געווארן בזכותכם.


א צייט צוריק בין איך געווען אין יבנאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש, נאך אזויפיל בענקען דערצו, איך האב געהאט דארט א מורא'דיגע התעוררות, איך האב גאר שטארק געוויינט, איך האב געבעטן פון מוהרא"ש ער זאל אכטונג געבן אויפ'ן ראש ישיבה, אז איך זאל קענען ווייטער אטעמען, ווייל דאס איז מיין גאנצע לעבן, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אסאך זאכן וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה. עס איז נישט גרינג ארויסצוברענגען די הרגשים, איך האב אבער פראבירט.


איך גיי אי"ה אריבער צו א נייע דירה אין די קומענדיגע טעג, איך האב א קליינע שאלה, מענטשן האלטן אין איין זאגן פארשידענע סגולות וואס מען דארף טון איידער מען גייט אריין אין א נייע דירה; מיין שאלה איז צי איך דארף עס טון, איך וועל זיך פרייען צו באקומען א קליינע הדרכה אויב עס איז נישט שווער, איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א איז פארנומען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי מיט שמחה אין דיין נייע דירה; די גרעסטע סגולה איז די מצות עשה פון קביעות מזוזה, דאס איז די גרעסטע שמירה פאר די דירה. דער זוהר הקדוש זאגט (תקוני זוהר, תקון י', דף כה.) "מְזוּזַת" איז די אותיות "זָז מָוֶת", די מזוזה היט די שטוב פון אלעם שלעכטס.


ברענג אריין ביי דיר אין שטוב דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז א סגולה פאר שמירה, עס היט אפ די שטוב. דער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנה): "כִּי סְפָרָיו הֵם שְׁמִירָה גְּדוֹלָה בַּבַּיִת לִשְׁמֹר", זיינע ספרים זענען א שמירה פאר די שטוב, "גַּם הָעֲשִׁירוּת וּמָמוֹן הָאָדָם מִכָּל הַהֶזֵּקוֹ", אויך זענען די ספרים א גרויסע שמירה פאר די געלט, "וְהִזְכִּיר אָז עָשִׁיר אֶחָד שֶׁהָיָה יוֹדְעוֹ וּמַכִּירוֹ, וְאָמַר, שֶׁגַּם אֵלָיו הִיא טוֹבָה גְּדוֹלָה שֶׁיִּהְיֶה הַסֵּפֶר שֶׁלִּי בְּבֵיתוֹ, כִּי יִהְיֶה לוֹ שְׁמִירָה גְּדוֹלָה לְכָל דָּבָר וְשֶׁתִּתְקַיֵּם עֲשִׁירוּתוֹ", דער רבי האט דערמאנט איינעם ביים נאמען, אן עושר וואס האט געהאלטן די ספרים אין שטוב, דורך דעם איז ער געבליבן רייך.


ועל כולם  - נעם אריין דעם אייבערשטן אין שטוב, זע עס זאל זיין נאר שלום אין שטוב, דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.). זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב, אז זי זאגט דיר עפעס א ווארט וואס איז נישט לפי דיין כבוד - זאלסטו נישט ענטפערן; שלינג עס אראפ און זיי איר מוחל.


זאלסט קיינמאל נישט אוועקשיקן א געלט גייער; ווען מען קלאפט אין דיין טיר פאר צדקה - זאלסטו געבן לויט דיין יכולת, און דער עיקר זאלסטו מחזק זיין און מכבד זיין מיט א טרינק וכדומה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ו, יז): "א טיר וואס מען עפנט נישט פאר צדקה - וועט מען דארפן עפענען פאר'ן דאקטער", השם ישמרינו; זאלסטו שטענדיג עפענען דיין טיר פאר צדקה.


זע צו לערנען אין שטוב; מאך זיך א קביעות צו האבן לכל הפחות א שיעור אין שטוב. אפילו מען לערנט אין שול, מען לערנט אין כולל - דארף מען האבן א שיעור אין שטוב, דאס היט די שטוב. די הייליגע חכמים זאגן (עירובין יח:): "כָּל בַּיִת שֶׁאֵין נִשְׁמָעִים בּוֹ דִּבְרֵי תּוֹרָה בַּלַּיְלָה אֵשׁ אוֹכַלְתּוֹ", א שטוב וואס מען הערט נישט דברי תורה ביינאכט - ווערט פארברענט; אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט די תורה היטן דיין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - זאל איך פאסטן תעניתים לטובת די נשמה פון מיין ווייב?
ספרי ברסלב, צדקה, תכלית, תעניתים, נשמה, ספר תורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב באקומען דעם בריוו, און איך האב זייער הנאה געהאט פון וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן מיט אלע מקורות.


איך האלט שוין אבער היינט אינעם הונדערסטן תענית-טאג וואס איך האב זיך מקבל געווען צו פאסטן לזכות נפש רוח ונשמה פון מיין ווייב ע"ה.


איך האב נאר געוואלט פרעגן אויב די תעניתים וואס איך פאסט פאר איר, איז א זכות פאר איר אויפ'ן עולם האמת? ווייל אויב יא, וויל איך ממשיך זיין צו פאסטן נאך 59 טאג, עס זאל אויסקומען צו די גמטריא פון איר נאמען.


אדער בין איך זיך טועה, אן "ן" איז 50, אדער איז עס 700? דעריבער טראכט צו פאסטן משבת לשבת, וואס דאס איז אזוי 65,600 תעניתים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין פאסטן איז בכלל נישט א תיקון פאר איר נשמה; ענדערש זאלסטו זאגן תהילים פאר איר נשמה און געבן צדקה.


פאסטן איז נישט געמאכט פאר אונזערע דורות, דער רבי האט קלאר געזאגט מען זאל נישט פאסטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן י) דער וואס פאסט איז אזוי ווי א זאק וואס איז פול מיט לעכער, אפילו ווען מען ליידיגט אויס די זאק בלייבט דער זאק צעלעכערט, "וְאִם הִתְבּוֹנְנוּ בְּעַצְמָן הָיוּ רוֹאִים אַחַר כָּל הַתַּעֲנֵיתִים עֲדַיִן נִשְׁאֲרוּ אֶצְלָם כָּל תַאֲוַותָם קְשׁוּרִים בְּשַׂקָּם", אז מען וועט אריינטראכטן וועט מען זען אז אפילו נאכן פאסטן בלייבט מען איבער מיט אלע תאוות, עיין שם.


קוק אריין אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק לא, מכתב ג' תתפג), איינער פרעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: "לְדַאֲבוֹנִי וּלְצַעֲרִי אִבַּדְתִּי אֶת אִשְׁתִּי וְנִשְׁאַרְתִּי אַלְמָן, מָה הַדָּבָר הֲכִי טוֹב שֶׁאֲנִי יָכוֹל לַעֲשׂוֹת לְעִלּוּי נִשְׁמָתָהּ", איך האב פארלוירן מיין ווייב, איך בין געבליבן אן אלמן, וואס איז די בעסטע זאך וואס איך קען טון אלס א תיקון פאר איר נשמה?


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ענטפערט: "אֵין לְתָאֵר וְאֵין לְשַׁעֵר אֶת גֹּדֶל הַזְּכוּת כְּשֶׁאָדָם נוֹתֵן צְדָקָה לְעִלּוּי נִשְׁמַת נְשָׁמָה שֶׁנִּפְטְרָה בְּגִיל צָעִיר", מען קען זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכות וואס א נשמה האט אויבן אין הימל ווען מען געבט צדקה פאר איר נשמה, "הַצְּדָקָה מוֹעִילָה בְּחַיִּים חַיּוּתוֹ שֶׁל הָאָדָם וּבִפְרָט לְאַחַר הִסְתַּלְּקוּתוֹ מִזֶּה הָעוֹלָם", צדקה העלפט דעם מענטש אויף די וועלט און אויף יענער וועלט, "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב", אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נח, ח): "וְהָלַךְ לְפָנֶיךָ צִדְקֶךָ".


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם גאנצן תשובה. מוהרא"ש זאגט (שם) ווילאנג א מענטש לעבט בזה העולם ווייסט מען נישט אפצושאצן דאס גרויסקייט פון צדקה, נאר נאכן אוועקגיין פון די וועלט, דעמאלט זעט מען דאס גרויסקייט פון צדקה. די צדקה ראטעוועט דעם מענטש פון אלע ווערעם, מייזן און שלענג וואס קומען צו קריכן צום נפטר.


ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט מאכט מען א לוי', אלע וויינען, מען באגלייט דעם נפטר ביזן בית החיים, די חברה קדושה גראבן א גרוב און מען לייגט אריין דעם נפטר אינעם גרוב, מען דעקט צו מיט ערד, נאכדעם גייען אלע אהיים; די אבלים זעצן זיך שבעה, מען קומט זיי מנחם זיין, מען וויינט מיט זיי, מען טרייסט זיי, מען רעדט מיט זיי, מען מאכט ווערטלעך, מען טוט אלע מיני זאכן זיי זאלן פארגעסן פון זייער צער; איין זאך איז אינטערעסאנט צו פארשטיין, וואס גייט יעצט פאר מיט'ן נפטר? איינער טראכט בכלל אז עס איז דא א נפטר? איינער ווייסט וואס דער נפטר גייט יעצט אריבער? קיינער ווייסט נישט וואס דארט טוט זיך, עס קומען צו גיין הונגעריגע מייז, הונגעריגע שלענג, זיי שמעקן פון דערווייטנס פרישע פלייש, זיי הייבן אן רייסן שטיקער פונעם נפטר, די צער און יסורים וואס דער נפטר האט פון דעם - קען מען נישט מסביר זיין, שרעקליכע ביטערע צער, יעדע ביס פון א ווארעם איז נישט אויסצוהאלטן, דעמאלט נעמט מען אפיר די מצוות פונעם נפטר, די פרוטות צדקה - דאס היט דעם מענטש.


איך האב דיר שוין איינמאל געשריבן, איך זע אז דו ביסט אן אויבער חכם, דו פאלגסט נישט, דו מאכסט זיך ווייטער משוגע מיט די תעניתים; איך בעט דיר נאכאמאל, לאז אפ די וועג; אז דו ווילסט טון פאר די נשמה זאלסטו געבן צדקה לזכותה, אדער זאלסטו שרייבן א ספר תורה לזכותה, אדער דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים פאר איר זכות; דאס וועט איר היטן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#6 - וואס איז די עצה נישט מורא צו האבן פון די ווילדע אויטאס?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, פחדים, צדקה, מזוזה, שטעטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הייס ... איך וואוין אין ברסלב ליבערטי און איך לערן אין בית פיגא סקול, איך האב זייער ליב די סקול, יישר כח ראש ישיבה פאר אזא גוטע סקול.


איך האב געוואלט פרעגן, איך האב זייער מורא פון עי טי ווי'ס וואס פארן דורך נעבן מיין הויז, עס מאכט א הויכע גערודער און עס דערשרעקט מיר זייער, איך האב געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געוואוינט זיך צו פאר איר גייט ארויס פון שטוב צו לייגן די האנט אויף די מזוזה און זאגט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, וואטש מיך, היט מיך פון שלעכטס; העלף מיר איך זאל צוריק אהיים קומען געזונטערהייט", און ווען איר קומט אהיים זאלט איר לייגן די האנט אויף די מזוזה און זאגן: "יישר כח אייבערשטער אז דו האסט מיר אהיים געברענגט געזונטערהייט", און געבט א קוש; וועט איר ווערן אפגעהיטן פון פחדים.


אויך זאלט איר לייגן יעדן טאג אין אייער פושקע אפאר פעני"ס. דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן ה): "בִּצְדָקָה תְּבַטֵּל אֶת הַפַּחַד", דורך צדקה גייען אוועק אלע פחדים.


נאך אביסל וועט די שטעטל ווערן אינגאנצן אידיש, עס וועט נישט זיין די אלע זאכן.

#5 - ווי אזוי קענען מיר געהאלפן ווערן מיט קינדער?
רפואה, סבלנות, קינדער, צדיקים, סגולות, צדקה, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים כמעט יעדן טאג שוין פאר אסאך יארן, און ס'איז נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס דאס געבט פאר טאג טעגליכן לעבן, מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל עפעס פרעגן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען בארואיגן די געפילן. מיר ווארטן שוין זייער לאנג געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, מיר האבן שוין געטון גאר אסאך פעולות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, געהאלפן צו ווערן, אבער דערווייל האבן מיר ליידער נאכנישט מצליח געווען.


אין די לעצטע שטיק צייט האבן מיר באקומען זייער שטארקע הבטחות פון צוויי גרויסע צדיקים און גדולים, אז מיר וועלן זיכער געהאלפן ווערן, און צום סוף האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, מיין שאלה איז ווי אזוי ס'קען זיין אז א גרויסער צדיק זאל ממש צוזאגן אז איך וועל געהאלפן ווערן, נישט מיט א ברכה נאר מיט אן הבטחה, און צום סוף זאל עס נישט מקוים ווערן?


איך בין חס ושלום נישט מזלזל אין קיינעם, איך רעד זיך נישט אפ, איך וויל נאר פארשטיין ווי אזוי דאס קען פאסירן, און איך דארף חיזוק זיך צוזאם צו נעמען די כוחות, און ווייטער גלייבן אין די גדולי הדור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט ווער זענען די גדולים, ווער זענען די צדיקים; מען קען גוט אויספאפן מענטשן. עס זענען דא מענטשן וואס ארבעטן אויף אנדערע, זיי פאפן אויס, זיי זאגן אז זיי זענען גרויסע צדיקים, זיי זעען זאכן וואס טוט זיך אין הימל ווען זיי ווייסן נישט פון זייער לעבן צו זאגן, זיי ארבעטן צו בא'גנב'נען מענטשן, נעבעך, אומשולדיגע מענטשן ווערן פארנארט דורך זיי.


שטארקט זיך, ווערט נישט מיואש, בעטס דעם אייבערשטן מיט רחמנות ער זאל אייך געבן קינדער; טוט וואס חנה, די מאמע פון שמואל הנביא - האט געטון, זי האט געבעטן דעם אייבערשטן, זי האט גע'טענה'ט מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א א, יב): "וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה'", חנה האט אסאך געדאווענט צום אייבערשטן פאר קינדער ביז זי איז געהאלפן געווארן, זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (ירושלמי ברכות ד, א): "שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה בִּתְפִלָּה נֶעֱנֶה"; פון דא זעט מען אז דורכדעם וואס מען דאווענט און מען בעט אסאך דעם אייבערשטן - ווערט מען געהאלפן.


מאכט אייך א פושקע און יעדן טאג זאלט איר אריינלייגן פינף הונדערט צוויי און ניינציג פרוטות (אין דאלער איז דאס כמעט זעקס דאלער און אין שקל איז דאס כמעט זעקס שקל) און בעטן: "הייליגער באשעפער, תן לי בנים, געב מיר קינדער", ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה חלק ב', סימן יד; תפלה חלק ב', סימן ט): "יֵשׁ תְּפִלּוֹת", עס זענען דא תפילות, "שֶׁאֵינָם נִתְקַבְּלִים לְמַעְלָה", וואס ווערט נישט אנגענומען אויבן, "אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִים כָּל כָּךְ מָעוֹת לִצְדָקָה", נאר ביז מען געבט אזויפיל געלט פאר צדקה, "כְּפִי מִסְּפַּר הָאוֹתִיּוֹת שֶׁל הַתְּפִלָּה הַשַּׁיָּךְ לְזֶה הַדָּבָר", אזויפיל ווי עס באטרעפט די צאל פון די תפילה, "לְמָשָׁל", דער רבי געבט א משל, "כְּשֶׁמִּתְפַּלֵּל אֵלּוּ הַתֵּבוֹת: 'תֵּן לִי בָּנִים'", ווען מען בעט, געב מיר קינדער, "צָרִיךְ לִתֵּן צְדָקָה", דארף מען געבן פאר צדקה, "כְּמִסְפַּר אוֹתִיּוֹת 'תֵּן לִי בָּנִים'", וויפיל עס באטרעפט די צאל פון 'געב מיר קינדער'; און די געלט זאלט איר געבן פאר ארעמעלייט, ווייל דער רבי זאגט (שם, בנים סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם", וואס זאל א מענטש טון, "וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", אז ער זאל האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן געלט פאר ארעמעלייט, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", און ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


איך האב שוין געזען ביי אנשי שלומינו וואס האבן דאס געטון; אנשטאט אויסגעבן געלט פאר דאקטורים וואס קענען סיי ווי נישט העלפן, האבן זיי געהאט א צדקה פושקע אין שטוב און יעדעס מאל געגעבן די סכום פרוטות פאר צדקה. זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן מיט א תמימות און א פשיטות, זיי האבן געהאלטן די פרוטות מיט ביידע הענט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה, סימן כז; תפלה, סימן מה): "עַל יְדֵי צְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם", ווען מען געבט צדקה מיט ביידע הענט, "תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", ווערט אנגענומען די תפילה; און דערביי געבעטן דעם אייבערשטן 'תֵּן לִי בָּנִים', זיי האבן געגעבן די געלט פאר ארעמעלייט און זיי האבן קינדער שלא על פי דרך הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי נעם איך אוועק מיינע פחדים פון א קאר?
פחדים, צדקה, ברכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען עס קומט מיר אויס צו פארן מיט א קאר, האב איך געפערליכע פחדים. מיין מאן דרייווט ברוך ה' זייער גוט, אבער איך בין נישט רואיג, איך האב אזוי שטארק מורא יעדע מינוט אז מ'גייט קראכן.


די פחדים ווערן נאר ערגער און ערגער, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ג' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", פאר דו גייסט אין וועג זאלסטו געבן צדקה; נאך זאגט דער הייליגער רבי (שם אות פחד, סימן ה): "בִּצְדָקָה תְּבַטֵּל אֶת הַפַּחַד", מיט צדקה וועסטו אוועק נעמען די פחדים.


לייגט אין קאר א צדקה פושקע. יעדעס מאל מען זעצט זיך אריין אין קאר, מען וויל פארן; איידער מען פארט ארויס זאלט איר לייגן א פרוטה לצדקה און זאגן תפילת הדרך. אויך זאלט איר בעטן אין אידיש: "הייליגער באשעפער היט אונז מיר זאלן אנקומען געזונטערהייט, בשלום".


וויסן זאלט איר אז פחדים קומען ווען מען איז מזלזל אין ברכות, דער רבי זאגט (שם, סימן יד): "מִי שֶׁאֵינוֹ נִזְהָר בְּבִרְכַּת הַנֶּהֱנִין תְּחִלָּה וָסוֹף, פְּחָדִים בָּאִים עָלָיו", ווער עס מאכט נישט קיין פאר ברכות און נאך ברכות - וועט האבן פחדים.


דעריבער זייט מקפיד אויף ברכות - וועלן אוועקגיין אלע פחדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - קען איך נוצן מעשר געלט צו פארן קיין אומאן?
אומאן, צדקה, מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פארן צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן מיט מיין ווייב אינמיטן די יאר, האב איך געוואלט פרעגן אויב איך קען נוצן געלט פון מעשה אויסצוצאלן די גאנצע נסיעה, און אויב יא, אויב מ'קען דאס טון לכתחלה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ג' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נעמען געלט פון מעשר צו פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון; דאס איז לכתחילה שבלכתחילה.


נישטא קיין גרעסערע זאך ווי צו פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון; די גרעסטע צדקה וואס מען קען טון פאר זיך, פאר די נשמה – עס זאל ווערן מתוקן פון אלע שלעכטס.


אזוי אויך קען מען צאלן מיט מעשר געלט פאר די ווייב און קינדער זיי זאלן קענען קומען צום הייליגן רבינ'ס ציון; דאס איז די גרעסטע זאך וואס מען קען טון פאר די ווייב און קינדער.


אבער צו באצאלן פאר אנדערע מענטשן א וועג קיין אומאן - דאס נישט, נישטא קיין שום ענין אין דעם; דאס איז בכלל נישט קיין מצוה. ענדערש זאל מען נעמען די געלט פון מעשר און געבן פאר ארימעלייט זיי זאלן האבן וואס צו עסן, זיי און זייער משפחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מעג קויפן איך אן איינטריט קארטל צום סיום מיט מעשר געלט ?
סיום, צדקה, מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן צי איך מעג קויפן אן איינטריט קארטל צום סיום מסכת שבת דעם קומענדיגן זונטאג פרשת ראה הבעל"ט מיט מעשר געלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מעשר געלט דארף גיין פאר עניים, פאר ארעמעלייט; מען קען נישט נוצן מעשר געלט פאר סתם זאכן.


אז דו האסט נישט קיין געלט זאלסטו בלייבן אין שטוב און מיט האלטן די סיום און די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זאל איך פארן קיין חוץ לארץ צו גיין נאך צדקה?
פרנסה, צדקה, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל, און איך בין זיך מחיה מיט די שיעורים און חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך שפיר אז נאר דער ראש ישיבה פארשטייט מיך, און דערפאר וויל איך פרעגן מיין שאלה.


איך מוטשע זיך מיט פרנסה, און ס'זענען דא פילע אידן פון דאהי וואס פארן קיין חוץ לארץ צו גיין נאך געלט, איז דאס א גוטע זאך צו טון? זאל איך עס אויך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד צו קומען קיין חוץ לארץ; מיין נישט אז אין חוץ לארץ וועסטו האבן דיין ישועה.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנחומא תזריע, ו): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה רוֹאֶה אֶת הַנְּגָעִים", עס איז געווען א כהן וואס פלעגט קוקן נגעים, "מָטָה יָדוֹ, בִּקֵּשׁ לָצֵאת לְחוּצָה לָאָרֶץ", מיט די צייט איז ער געווארן ארעם און ער האט געוואלט ארויסגיין קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "קָרָא לְאִשְׁתּוֹ אָמַר לָהּ: בִּשְׁבִיל שֶׁבְּנֵי אָדָם רְגִילִין לָבֹא אֶצְלִי לִרְאוֹת אֶת הַנְּגָעִים, קָשֶׁה עָלַי לָצֵאת מֵעֲלֵיהֶם", האט ער גערופן זיין ווייב און איר געזאגט: עס איז מיר שווער אוועק צו גיין קיין חוץ לארץ ווייל מענטשן קומען דא כסדר ווייזן זייערע נגעים, "אֶלָּא בּוֹאִי וַאֲנִי מְלַמְּדֵךְ שֶׁתְּהֵא רוֹאָה אֶת הַנְּגָעִים", איך וועל דיר אויסלערנען ווי אזוי מען קוקט אויף א נגע, אזוי וועסטו קענען קוקן נגעים און איך וועל קענען פארן קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "אִם רָאִית שְׂעָרוֹ שֶׁל אָדָם שֶׁיָּבֵשׁ הַמַּעְיָן שֶׁלּוֹ, תְּהֵא יוֹדַעַת שֶׁלָּקָה", ער האט איר געלערנט אז אויב זי זעט ווי די קוואל פונעם האר איז פארטריקנט איז א סימן אז דער האר איז געשלאגן, "לְפִי שֶׁכָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ", ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדע האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן פרנסה צו לעבן, "יָבֵשׁ הַמַּעְיָן, יָבֵשׁ הַשֵּׂעָר", אבער אז דער קוואל איז טויט איז א סימן אז דער האר איז טויט, "אָמְרָה לוֹ אִשְׁתּוֹ, וּמָה אִם כָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ. אַתָּה שֶׁאַתָּה בֶּן אָדָם, כַּמָּה שְׂעָרוֹת יֵשׁ בְּךָ, וּבָנֶיךָ מִתְפַּרְנְסִין עַל יָדְךָ, לֹא כָּל שֶׁכֵּן שֶׁיְּזַמֵּן לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פַּרְנָסָה", האט אים זיין ווייב געזאגט: מה דאך אז דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדע האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן צו לעבן, איז דאך זיכער אז דו וואס דו האסט טויזנטער האר, דו האסט א ווייב און קינדער וואס נעמען פרנסה פון דיר וועט דיר דער אייבערשטער געבן פרנסה, "לְפִיכָךְ לֹא הֵנִיחָה אוֹתוֹ לָצֵאת חוּצָה לָאָרֶץ", זי האט אים זייער שטארק מחזק געווען און אים נישט געלאזט פארן קיין חוץ לארץ.


אז מען האט נישט קיין געלט ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה, סימן רנ) אז מען קען גיין נאך געלט פאר זיך אליינס; פארשטייט זיך אז פאר די ווייב דארף מען נישט זאגן פונקטליך אז מען גייט נאך געלט פאר זיך, מען זאגט פאר אלעמען: "איך גיי נאך געלט פאר א חבר וואס האט נישט אויף שבת ויום טוב", וד"ל.


די ארץ ישראל'דיגע אידן מיינען אז אין אמעריקע וואלגערט זיך גאלד אויף די גאסן, מען קוקט אויף אן אמעריקאנער איד מיט קנאה וכו'; וויסן זאלסטו אז דא מוטשעט מען זיך אויך, דעריבער איז נישט כדאי צו קומען קיין אמעריקע און לאזן די ווייב אליינס.


מען ליינט אין די מעשה ביכלעך ווי די פריצים פלעגן הייסן זייער מאשקע טאנצן בשעת זיי פלעגן מאכן זייערע סעודות, אזוי טוען די אמעריקאנע גבירים מיט די משולחים, מען וויל זיך אהערשטעלן פאר די ווייב און פאר'ן איידעם ווי א שיינער איד אז מען האט געסט ביי די סעודה, הייסט מען זיי קומען צו א סעודה, בשעת די סעודה פרעגט מען זיי אויס אלע סארט פאליטיק וכו' און מוצאי שבת באקומט דער משולח א גאנצע צוואנציגער... די משולחים זענען אויסגעמאטערט פון א גאנצע וואך ארומלויפן נאך געלט, יעצט דארף ער זיצן כמה שעות ביי דעם פריץ און מארגן ביי יענעם פריץ צו באקומען א צוואנציגער?! מען בעט אן המלצה; אויב האסטו פון בד"ץ איז גוט, דעמאלט באקומסטו א 'גאנצע דאללער'... אויב האסטו נישט פון בד"ץ וכו' פארשיקט מען דיר מיט בזיונות, און מיט אן המלצה פון בד"ץ האסטו ביזי בזיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.