שאלה אין קורצן ענין
#3 - איז דער יום טוב פורים נאר פאר עשירים און נישט פאר ארימעלייט?
קנאה, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א יישר כח פאר די טייערע שיעורים.


איך וויל עפעס פרעגן, כאטש איך שעם זיך אביסל, איך פיל עפעס אז דער יום טוב פורים איז נישט פאר מיר, ס'איז מער א יום טוב נאר פאר די עשירים, זיי מאכן גרויסע חגיגות, טיילן אסאך געלט, דער יום טוב איז עפעס נאר פאר זיי און נישט פאר פשוטע אידן. וואס האלט איר וועגן דעם?


מרדכי 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס ביסטו מקנא א צווייטן? עס נישט דא וועמען מקנא צו זיין - בפרט א גביר; וואס ווייסטו וואס אן עושר מאכט מיט? מענטשן מיינען אז דער וואס האט עשירות דער איז גליקליך. אבער דער אמת איז אז די עשירים אויף זיי איז די גרעסטע רחמנות ווייל זיי האבן נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט און זיי לעבן שטענדיג אין פחדים וכו', זיי האבן נישט קיין חברים, ווייל אלע וואס שמייכלען צו זיי דארפן נאר זייער געלט, קומט אויס זיי האבן נישט קיין אמת'ע חברים וכו' וכו' און זיי שפירן דאס זייער גוט.


גלייב מיר עס איז א גרויס רחמנות אויף עשירים; שלמה המלך זאגט (קהלת ה, יא): "מְתוּקָה שְׁנַת הָעֹבֵד, אִם מְעַט וְאִם הַרְבֵּה יֹאכֵל", אן ארימאן ער שלאפט גוט, ער האט נישט קיין דאגות וכו', "וְהַשָּׂבָע לֶעָשִׁיר אֵינֶנּוּ מַנִּיחַ לוֹ לִישׁוֹן", אבער דער עושר קען נישט שלאפן ביינאכט פון זיינע דאגות.


עס איז זייער נאריש מקנא צו זיין א צווייטן; דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' נחמן טולטשינער: "עס איז נישט דא וועמען צו מקנא זיין; אויב מקנא זיין, דארף מען מקנא זיין אן ערליכער איד, און אויב ביסטו דער ערליכער איד – זאגט ער פאר זיין תלמיד ר' נחמן - בין איך דיר מקנא".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר – הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", ווער איז אן עושר - א צופרידענער מענטש? דער וואס דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף וואס ער האט און ער קוקט נישט אויף א צווייטן.


פורים איז א יום טוב פאר יעדן איד, בפרט פאר מענטשן וואס ווארטן אויף א ישועה; מען זעט וואס דער אייבערשטער קען טון, ממש וואס דער רבי זאגט (עיין עלים לתרופה, מכתב יא): "וְיֵשׁ עִנְיָן שֶׁנִּתְהַפֵּךְ הַכֹּל לְטוֹבָה", עס קען אויסזען פארן מענטש אז אלעס איז פארמאכט, אלעס איז דערנאך, און פלוצלינג ווערט א ישועה וואס מען האט זיך גארנישט געקענט פארשטעלן פארדעם; פורים ווייזט אונז אז עס איז נישט דא קיין יאוש.


מיר האבן א רבי וואס האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות', אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען זיך אויס צו רעדן זיין הארץ צום אייבערשטן. ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער זוכט זיך אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און ער שמועסט זיך דארט אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט אים אלעס וואס שטערט אים - דער מענטש לעבט אן אנדערע סארט לעבן, ער איז אן אמת'ער עושר. ער איז רייך ווייל ער לעבט מיטן אייבערשטן און דער אייבערשטער וועט אים אלעס געבן, ווייל דער אייבערשטער האט זייער ליב ווען א מענטש פארציילט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) אז דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארימאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק. און ווען דוד המלך האט געזען דאס חשיבות פונעם ארימאן'ס תפילה האט ער אויסגעטון די בגדי מלכות און זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר, הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארימאן; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס איז ביי זיך צעבראכן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - איך בין זייער מקנא מיין שוואגער
מדות טובות, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א שאלה וואס שטערט מיך זייער. איך וועל דערציילן דברים כהוויתן, איך מיט מיין שוואגער האבן ביידע געלערנט אין כולל צוזאמען פאר 15 יאר צוריק, ער איז אויסגעוועלט געווארן צו זיין א מגיד שיעור און איך בין געבליבן אין כולל. ווען איך האב געדארפט מער געלט האב איך אנגעהויבן לערנען פריוואט מיט בחורים, א חלק וואס האלטן נישט ביים לערנען און די עלטערן ווילן נאר אז מ'זאל זיי האלטן אין די ראמען. נאכמיטאג לערן איך א שעה און א האלב יעדן טאג מיט איינעם א חסר דעה וואס דער טאטע צאלט מיך ער זאל ליינען אביסל.


ווען איך טרעף מיין שוואגער און איך זע ווי ער איז פארנומען מיט לערנען, שווימט מיר אויף די קשיא, וואו איז דער יושר? פארוואס דארף איך זיין פארנומען מיט שטותים, ווען ער איז פארנומען מיט גאלד? איך האלט אפילו אז איך בין אביסל מער א למדן פון אים, פארוואס האט דער אייבערשטער מיר פארטריבן?


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט) ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך.


דער תם איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א האניג'דיג וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צוזאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריין געקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אין די מעשה ליגט דער סוד ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים אויף דער וועלט; א מענטש האט נישט וואס צו קוקן אויף א צווייטן. אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן, איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן, ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף נאך די פטירה, אז אויב א מענטש האט קיינעם נישט מקנא געווען, וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם?' 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער?' 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענעם?' וואס באמת דארף א מענטש וויסן אז אויב דער אייבערשטער האט דיר געגעבן די סארט לעבן; אזא ווייב, אזאלכע קינדער, וכו' וכו', דארף מען גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, און בעסער קען נישט זיין.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד): יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; אזוי ווי  חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:): עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גריס פון הימל, יעדן ערב שבת פלעגט ער הערן א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען דעם בת קול נאר איין מאל א יאר, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיך רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס ער באקומט נאר איינמאל א וואך א בת קול, און אבא אמנא באקומט יעדן טאג א בת קול, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; אזוי ווי דער תם פלעגט זאגן: "דאס איז יענעמס מעשה, און דאס איז מיין מעשה".


עס איז געווען א פרוי וואס פלעגט זייער מקנא זיין אירע שכנים, און זי פלעגט שטענדיג מוטשען איר מאן: "קוק ווי אונזערע שכנים גייען ארויס פארברענגען צוזאמען צוויי מאל א וואך, פארוואס נעמסטו מיר קיינמאל נישט ארויס?" דער מאן פלעגט איר אלץ זאגן: "איך האב ליב צו זיין מיט דיר אין שטוב, וואס דארפסטו קוקן אויף די שכנים? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה", ער פלעגט איר זאגן: "איך בין גוט צו דיר, איך בין געטריי צו דיר, איך העלף דיר", אבער זיין ווייב האט געהאט אין זיך קנאה, זי פלעגט שטיין ביי די פענסטער קוקן ווי די שכנים גייען ארויס צוויי מאל א וואך; זי פלעגט ממש אויסגיין פאר קנאה זעענדיג ווי זיי זיצן אין זייער קאר און פארן אוועק וכו', און זי פלעגט זייער שטארק מוטשען איר מאן אז זיי דארפן אויך פארן וכו'. ביז איר מאן האט איר איינמאל געזאגט: "איך ווייס נישט וואו צו פארן, אפשר פרעגסטו די שכנים וואו זיי פארן צוויי מאל א וואך?" דעמאלט האט זי שוין געהערט וואו זיי פארן; "מיר גייען צוויי מאל א וואך צו א שלום בית מאכער" - האט די שכנ'טע איר געענטפערט...


דערפאר איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן און מקנא זיין א צווייטן; יעדער האט זיין נקודה וואס דער אייבערשטער האט הנאה פון אים, און צוליב דעם איז ער באשאפן געווארן.


אפילו ווען עס קומט צו רוחניות, טאר מען אויך נישט מקנא זיין א צווייטן. מוהרא"ש זאגט, אז דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא כא.): "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה חָכְמָה", איז נישט פשט מען זאגט דעם מענטש: 'דו דארפסט מקנא זיין א צווייטן און אים נאכמאכן', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן נישט קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה "סוֹפְרִים", נאר קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה "חָכְמָה", ווייל די נקודה איז נישט יענעם נאכצומאכן, נאר ווען איך זע ווי יענער איז זייער שיין מצליח, תַּרְבֶּה "חָכְמָה", דארף איך טראכטן צו מיר וואס קען איך טון אז איך זאל מצליח זיין אין מיין זאך.


ווען דער רבי האט געענדיגט צו דערציילן די מעשה פונעם חכם מיטן תם האט דער רבי אויסגעפירט: "און אז דאס דאווענען איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, איז עס א שיכעלע מיט דריי עקן"; זעט מען אז ביי רוחניות דארף מען זיך אויך נישט מבלבל זיין פון א צווייטנס עבודה.


עס איז וויכטיג דו זאלסט נאכקוקן וואס דער הייליגער ר' נתן זאגט אויף דעם (ליקוטי הלכות, הלכות פסח ט, אות כב): פונקט ווי א מענטש דארף זיך מחזק זיין נישט צו האבן קיין התפעלות פון שלעכטע מענטשן וואס מאכן חוזק פון אים ווען ער דינט דעם אייבערשטן, נאר מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צופאלן, אזוי אויך און נאך אסאך מער - זאגט ר' נתן – דארף א מענטש זיין ביי זיך זייער שטארק נישט צו ווערן צעבראכן פון זיינע ערליכע חברים, ווען ער זעט ווי זיי שטייגן און זענען מצליח בעבודת השם, בשעת ווען מען קוקט זיך אן און מען זעט ווי אזוי מען זעט אויס וכו', "וְכָל זֶה אִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר בִּכְתָב, רַק כָּל אֶחָד יָבִין בְּעַצְמוֹ כְּפִי עִנְיָנָיו, וּכְנֶגֶד כָּל מִינֵי מְנִיעוֹת וַחֲלִישׁוּת הַדַּעַת שֶׁבָּעוֹלָם צְרִיכִין לֵילֵךְ בַּדֶּרֶךְ הַנַּ"ל, בִּבְחִינַת אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם, לַחֲשֹׁב כְּאִלּוּ הוּא יְחִידִי בָּעוֹלָם".


איך האף אז דו וועסט ארויס נעמען חיזוק פון מיינע ווערטער וואס איך האב דיר געשריבן און דו וועסט פארשטיין ווי אזוי מען קען לעבן א חיים טובים דורכן קוקן אויף זיך, און מען חזר'ט זיך איין די ווערטער פונעם הייליגן תם: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר, דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה; און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן, לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך האב פארדינט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - פאר יעדן גייט גוט, נאר נישט פאר מיר
קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אייך שוין געשריבן אפאר מאל וועגן מיינע קינדער, די בחורים וועלכע פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, און איך מוז אייך זאגן אז איך זע אביסל א ישועה ביי ביידע בחורים, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפען, איך האב מיט ביידע געמאכט א שיעור אין משניות, מיט'ן עלטערן האלט איך ביי מעשר שני, און מיט'ן צווייטן האלט איך ביי יומא.


דער דאנק קומט זיך פאר אייך וואס איר האט מיר אזויפיל מחזק געווען, און געגעבן הדרכה און עצות ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי.


יעצט האב איך א קלענערע נסיון, איך דארף זיך אבער שטארקן אין דעם. מיינע צוויי בחורים זענען איינער כמעט 21 יאר, און דער צווייטער איז 18 יאר, אבער מ'טראכט נאך בכלל נישט פון קיין שידוכים. ווידער איז דא איינער ביי אונז אין די משפחה, מיין ווייב'ס יונגערע שוועסטער, וואס זי מאכט יעצט חתונה איר ערשטע קינד, מיט זייער א נארמאלע שיינע שידוך, אלעס גלאנצט און אלעס איז פיין.


איז יעצט דא צוויי זאכן וואס באדערן מיר, איינס די קנאה אז איך דארף זיך פרייען אז מיין בחור לערנט כאטש אביסל משניות, דארט וואו ער איז אין איטאליע, און ביי זיי מאכט מען אזא שיינער שידוך און אלעס איז פיין. און די צווייטע איז ווען איך דארף גיין צו די שמחה, יעדער וואונטש מיר אן "אי"ה ביי דיר אויף שמחות" יעדער טראכט אז איך בין א רחמנות, און איך פיל זיך זייער נישט בא'טעמ'ט.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און א גרויסן יישר כח פארן מיר מודיע זיין אז דו זעסט שוין א שינוי לטובה ביי דיינע קינדער. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען נחת ביי אלע דיינע קינדער.


עס איז זייער נאריש צו מקנא זיין א צווייטן, ווייל קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי יענעם; עס קען אויסקוקן צומאל פון אינדרויסן אז ביי יענעם גלאנצט אלעס, עס דאכט זיך אז יענער איז מצליח אין אלעס, ער האט שלום בית, נחת וכו'; אבער באמת האט דער מענטש בכלל נישט קיין לעבן, עס זעט נאר אזוי אויס פון אינדרויסן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה, אז בפשטות מיינט דאס נאכן שטארבן, אבער באמת גייט דאס אויך ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; ווען א מענטש האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט נאך בחיים חיותו, זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף, טראכטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענער', 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער', 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענער', 'קינדער ווי יענער'; אבער באמת דארף א מענטש וויסן, אז אויב דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא ווייב, אזעלכע קינדער, און אזא סארט שטוב וכו' וכו', איז דאס די בעסטע פאר אים, און בעסער קען נישט זיין.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו שפירסט זיך ווי א רחמנות ווען דו גייסט אויף שמחות און מען וואונטשט דיר וכו'; וויסן זאלסטו אז א רחמנות איז נאר איינער וואס טראכט אז ער איז א רחמנות. מען ווערט נישט א רחמנות ווען א צווייטער האלט דיר פאר א רחמנות, נאר די אלע מענטשן וואס מען איז מזלזל אין זיי, מען האלט זיי ווי א רחמנות, דאס קומט ווייל די מענטשן גייען אליינס ארום צעקלאפט און צעזעצט. אבער ווען א מענטש איז שטארק מיטן אייבערשטן, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז מיט א פונקטליכע השגחה פונעם אייבערשטן - די סארט קינדער וואס איך האב, איז פונעם אייבערשטן; מיין ווייב; מיין פרנסה - אלעס איז פונעם אייבערשטן, און ער גלייבט אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן מיט אלעס וואס ער דארף - אזא איינער גייט נישט אן וואס א צווייטער האלט פון אים, וואס א צווייטער קוקט און טראכט אויף אים. דערפאר אז דו גייסט צו א משפחה שמחה און מען וואונטשט דיר מזל טוב, זאלסטו ענטפערן 'אמן' בשמחה ובטוב לבב, וואס קען דען שאטן א ברכה פון א צווייטער איד?


איך זאג דאס שטענדיג פאר מיינע תלמידים; אסאך מאל זענען דא בחורים וואס עס גייט זיי נישט קיין שידוך, און עס ווערט זיי זייער אומבאקוועם ווען זיי דארפן גיין אויף שמחות פון יונגערע חברים. זיי זאגן מיר "איך בין נאך א בחור און מיין חבר רופט מיר צו א שלום זכור, צו א קידוש וכו'", אזוי אויך באדערט זיי ווען מענטשן געבן זיי חיזוק, מענטשן פרעגן זיי זייער נאמען און מאמעס נאמען צו מתפלל זיין פאר זיי, און דאס מאכט זיי שפירן זייער אומבאקוועם; זאג איך זיי אזוי: "קיינער קען דיר נישט מאכן פאר א רחמנות - נאר דו אליין. אז דו האלסט זיך פאר א רחמנות, אפילו דו וועסט זיך איינשפארן ביי דיר אין שטוב און נישט גיין צו קיין שמחות, וועסטו צעבראכן ווערן, דו וועסט זיך אויפעסן פון צער וכו', ווייל א רחמנות ווערט מען נישט דורכדעם וואס יענער קוקט אויף דיר, נאר ווי אזוי דו אליינס קוקסט זיך אן".


איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך זאג דיר, און דו וועסט ארויס גיין פון דיין קטנות הדעת אז דו ביסט שולדיג, כאילו יענער האט עפעס מער געטון ווי דיר וכו' אז ביי אים גלאנצט אלעס אזוי שיין און אלעס קלאפט. דו דאנק דעם אייבערשטן אויף דיין ווייב און קינדער, און דאנק אים אויף די חסד אז דיינע קינדער לערנען מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין חתונה צו מאכן דיינע קינדער און שעפן נאר אידיש נחת פון זיי, אמן.