שאלה אין קורצן ענין
#22 - זאלן מיר מאכן מלוה מלכה אין בית המדרש?
סיפורי צדיקים, בית המדרש, הפצה, מלוה מלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א גבאי בית המדרש היכל הקודש, איך וויל פרעגן אויב ס'איז כדאי אין די ווינטער וואכן צו מאכן יעדע וואך א מלוה מלכה אין שול פאר די מתפללים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א גרויסע זאך צו מאכן מלוה מלכה. מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים אויפ'ן פסוק (בראשית כח, יב): "וְהִנֵּה סֻלָּם מֻצָּב אָרְצָה, וְרֹאשׁוֹ מַגִּיעַ הַשָּׁמָיְמָה", סל"ם איז ראשי תיבות: ס'עודת ל'וה מ'לכה. דאס איז אזוי גרויס, עס גייט ביזן הימל; דא איז עס מֻצָּב אָרְצָה, מען איז מזלזל זיין אין דעם, אבער אין הימל איז דאס זייער חשוב. נאך זאגט מוהרא"ש, דער נאמען פונעם סמ"ך מ"ם איז ס'עודת מ'לוה מלכה א'ין ל'עשות, דער סמ"ך מ"ם לייגט זיך אין די לענג און אין די ברייט מען זאל נישט עסן קיין מלוה מלכה, יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים, אבי נישט טון די הלכה מפורשת אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן ש): "לְעוֹלָם יְסַדֵּר אָדָם שֻׁלְחָנוֹ בְּמוֹצָאֵי שַׁבָּת כְּדֵי לְלַוּוֹת אֶת הַשַׁבָּת, אֲפִילוּ אֵינוֹ צָרִיךְ אֶלָּא לִכְּזַיִת".


דארפסט אבער אכטונג געבן מען זאל רעדן מעשיות פון צדיקים. מוהרא"ש זאגט, מעשיות פון הפצה איז מעשיות פון צדיקים; יעדעס מאל מען דערציילט מעשיות פון הפצה - ברענגט דאס א ריינע מח. דער רבי זאגט (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רלד): "עַל יְדֵי סִפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים נִטְהָר הַמֹּחַ מַחְשָׁבָה, וְזוֹכֶה לְמוֹחִין נְקִיִּים", דורך מעשיות פון צדיקים באקומט מען א ריינע מח און מען טראכט ריינע מחשבות; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות אות צדיק, סימן קנז): "עַל יְדֵי סִפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה זוֹכִים לְהִתְקָרֵב לָהֶם", אז מען לערנט מעשיות פון צדיקים איז מען זוכה צו ווערן נאנט צום צדיק; נאך זאגט דער רבי (שם אות בגדים, חלק ב', סימן א'): "עַל יְדֵי סִפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים מַמְשִׁיכִים אוֹר שֶׁל מָשִׁיחַ בָּעוֹלָם, וְדוֹחֶה הַרְבֶּה חוֹשֶׁךְ וְצָרוֹת מִן הָעוֹלָם, גַם זוֹכֶה לִבְגָדִים נָאִים", אז מען דערציילט מעשיות פון צדיקים איז מען זוכה צו ברענגען די ליכטיגקייט פון משיח אויף די וועלט און מען נעמט אוועק אסאך צרות פון די וועלט, אויך איז מען זוכה צו שיינע קליידער.


אז מען וועט מאכן א מלוה מלכה און מען וועט רעדן דיבורי תכלית, ספורי הפצה, דעמאלט איז כדאי צו מאכן מלוה מלכה אין בית המדרש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - דער גבאי פון שול האט מיר זייער פארשעמט, זאל איך צוריקגיין אהין?
מחלוקת, בית המדרש, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאווען אין א גרויסע שול אין מיין געגנט, און די וואך האט איינער עפעס שאדן געמאכט פאר די שול, און דער שמש האט באשלאסן אז איך בין האב עס געטון, און לכבוד דעם האט ער מיר זייער שטארק פארשעמט אין פארנט פון יעדן מיט מורא'דיגע בזיונות, אן אפילו מברר זיין צי ס'איז אמת. איך בין געווארן פון דעם אזוי צובראכן אז נעכטן האב איך געדאווענט מנחה מעריב אינדערהיים, איך האב זיך פשוט געשעמט צו גיין אין שול. און איך טראכט נישט אזוי שנעל צוריקצוגיין אהין ווי לאנג ער קומט מיר נישט איבערבעטן. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי צוריק דאווענען אין שול און מאך נישט קיין עסק פון דעם וואס דער גבאי האט דיר פארשעמט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רבי א שטיק צואה, דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וואוסנדיג געמאכט פון דעם נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו', האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".


בלייב דאווענען אינעם שול וואו דו דאוונסט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווער עס איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; זעט מען דאס גרויסקייט פון דער וואס בלייבט דאווענען אינעם זעלבן שול, ער קוקט נישט אויב מען פארשעמט אים, ער קוקט נישט אויף קיינעם, ער קומט אין שול צום אייבערשטן, דאס איז א סימן אז דער מענטש איז א "עָנָיו" און א "חָסִיד", אזא מענטש איז "מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו, וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט, נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין שול, איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - איך האב בזיונות אין מיין שול, זאל איך גיין ערגעץ אנדערש?
בית המדרש, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חב"ד'סקער חסיד, און איך בין זיך מחיה מיט אייערע געוואלדיגע שיעורים, ספעציעל ווען איר זאגט נאך פון די מסירת נפש פון די חסידים אין רוסלאנד, און פון די רביים פון חב"ד נ"ע.


איך האב געוואלט פרעגן אזוי, איך דאווען אין א חב"ד שול, אבער דער רב דארט איז זייער א נערוועזער, און ער פארשעמט מיר אסאך מאל, איך לייד אסאך בזיונות פון אים, ס'איז מוז אבער זייער שווער אוועקצוגיין דאווענען ערגעץ אנדערש, ווייל דארט האב איך מיינע חברים און מ'דאווענט מיין נוסח.


איך ווייס אבער נישט ווי אזוי צו נעמען די בזיונות, ער פארשעמט מיר אסאך מאל ברבים, און פון איין זייט איז דאס א גוטע זאך צו האבן בזיונות, מ'קומט אפ מיט דעם די עבירות, מיין נפש הבהמיות ווערט צעבראכן, אבער פון די אנדערע זייט שטערט מיר דאס אויך זייער אין עבודת ה', עס צעברעכט אויך מיין נפש אלקי, איך ווער זייער צעבראכן און צעקלאפט, איך בין זיך מתרשל פון דאווענען, פון די ארבעט, און פון מיין הויז, עס רויבט צו מיין זעלבס זיכערקייט.


איך האב געפרעגט ביי חסידים, און זיי אלע זאגן מיר אז מ'דארף נעמען בזיונות אן קיין פשרות. איך וויל אבער וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם, צי ס'לוינט זיך טאקע צו ווערן פארשעמט יעדן טאג, און פארלירן די עבירות, אבער אויך די מצוות.


יישר כח נאכאמאל פאר אלע חיזוק און דרשות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זאלסטו ווייטער דאווענען דארט וואו דו ביסט צוגעוואוינט צו דאווענען וכו', ווייל עס ווייזט זיך אויס אז די אלע וואס לויפן אוועק פון איין שול צום צווייטן די לויפן נאכדעם ווייטער אוועק צו א דריטע שול וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווען א מענטש איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; ווייל געווענליך אין א בית המדרש קען זיך מאכן וויכוחים און אומבאקוועמליכקייטן, בפרט ביי חסידים וכו'; ממילא, אויב א מענטש איז זיך קובע א בית מדרש וואו ער דאוונט און ער גייט נישט אוועק פון דארט, ער בלייבט דארט דאווענען אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם און אפילו מען פארשעמט אים וכו', איז א סימן אז דער מענטש איז א "עניו" און א "חסיד", "מתלמידיו של אברהם אבינו"; ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט און נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין בית המדרש איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


אז דו וועסט זיצן אין דיין ווינקל אונטער דיין טלית וועט דיר דער רב נישט טשעפען, אבער אז דו וועסט זיך זוכן צו האבן צוטון מיט יעדן איינעם וועט דיר דער רבי דארפן פארשעמען וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן צמח צדק פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו זיך אפרעדן אז יעדער איינער אין בית המדרש טרעט אויף אים - מען טשעפעט אים, און ער ווייסט נישט וואס צו טון, וואו ער גייט און ווי ער שטייט שפרינגט איינער ארויף אויף אים; ער דארף אן עצה. האט אים דער הייליגער צמח צדק זי"ע געענטפערט: "וֶוער הֵייסְט דִיר זִיךְ אוֹיסְלֵייגְן אִין דִי לֶענְג אוּן אִין דִי בְּרֵייט אוּן אַזוֹי טְרֶעט יֶעדֶער אֵיינֶער אוֹיף דִיר, בֶּעסֶער זִיץ אִין דִי זַייט אִין דַיין וִוינְקֶעלֶע, וֶועט קֵיינֶער נִישְׁט טְרֶעטְן אוֹיף דִיר".


נעם אריין אין דיר דעם דיבור פון הייליגן צמח צדק זי"ע וועט דיר גוט זיין בזה ובבא .

#19 - עס איז דא אסאך מחלוקת אין די שול וואו איך דאווען
חסידות ברסלב, מחלוקת, בית המדרש

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב ר' יואל שליט"א,


איך דאווען אין א געוויסע ברסלב'ע בית המדרש, אבער עס שטערט מיך זייער שטארק אז מען האלט זיך אין איין קריגן דארט, ממש אויף שטותים, עס איז ממש א ווייטאג און א בזיון פאר'ן רבי'נס נאמען.


אין אנהויב האב איך געטראכט אז איך וועל זיצן אין מיין ווינקל און לערנען און דאווענען אבער עס איז כמעט נישט מעגליך נישט צו ווערן מיטגעשלעפט. זאל איך אוועקגיין דאווענען? איך ווייס נישט וואס צו טון.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                             יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א וויכטיגע זאך אז מען זאל האבן איין שול וואו מען דאווענט, און נישט בייטן און ארום לויפן יעדע שטיק צייט צו א צווייטע שול.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווער עס איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; זעט מען דאס גרויסקייט פון דאווענען אין א באשטימטע פלאץ.


לכאורה, דארפן מיר פארשטיין וואס די גמרא זאגט דא; אז א מענטש איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען קומט אים שוין אזעלכע טיטלען: "עניו", "חסיד", "מתלמידיו של אברהם אבינו", וואס האט ער שוין געטון אז מען געבט אים אזעלכע טיטלען?! ווען איך פלעג לערנען די גמרא איז דאס מיר זייער שווער געווען, ביז איך האב געטראפן א בריוו פון מוהרא"ש וואו מוהרא"ש איז זייער שיין מסביר די גמרא (אשר בנחל, מכתב יט אלף, קפה); אז געווענליך אין א שול קען זיך מאכן וויכוחים און אומבאקוועמליכקייטן, בפרט ביי חסידים וכו'; ממילא, אויב א מענטש איז זיך קובע א בית מדרש וואו ער דאווענט, און ער גייט נישט אוועק פון דארט, ער בלייבט דארט דאווענען אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם, אפילו מען טענה'ט זיך וכו', דאס איז א סימן אז דער מענטש איז א "עניו" און א "חסיד", אזא מענטש איז "מתלמידיו של אברהם אבינו", ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו, וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט, און נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול, און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין שול, איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


דו זאלסט קיינמאל נישט האבן א חלק אין קיין שום מחלוקת, בפרט אין מחלוקת וואס איז לשם שמים, ווייל דאס איז זייער א מסוכנ'דיגע זאך.


וואס זאל איך דיר זאגן, איינער וואס לעבט מיט אביסל ישוב הדעת, דער לעבט מיט תכלית; ער ווייסט ביי זיך 'נאך אביסל וועל איך אוועק גיין מזה העולם, מען וועט מיר אויסטון מיינע קליידער און מיך אריין לייגן אין דער ערד; קיינער וועט נישט טראכטן מער פון מיר, קיינער וועט נישט זארגן פאר מיר, פארוואס זאל איך זיין פארנומען מיט מחלוקת און קריגערייען, וואס וועל איך האבן פון דעם?' אזא איינער קריגט זיך נישט מיט קיינעם, ער לעבט בשלום מיט אלעמען.


מוהרא"ש, ווען ער פלעגט וועלן געבן א משל אז מען זאל אנטלויפן פון מחלוקת, פלעגט ער שטענדיג נעמען אלץ משל איינער וואס ליגט אין שפיטאל קראנקערהייט, פאר א מענטש וואס געפונט זיך אין אזא מצב לא עלינו וועט נישט אינטערעסירן קיין שום מחלוקת און קיין שום פאליטיק, מוהרא"ש פלעגט זאגן: פראבירט צו צו גיין צו איינעם וואס ליגט טויט קראנק, זאג אים אריין אין אויער "דו ווייסט, דער און דער איז א שגץ"; "דו ווייסט וואס טוט זיך דארט ביי דעם רבי'ן... אויף טיש און אויף בענק", וואס וועט דער חולה זאגן? "איך בעט דיר, לאז מיר אפ; איך גיי שוין שטארבן. וואס ווילסטו פון מיר? קוק מיר אן, קוים וואס איך אטעם, קוים וואס איך לעב, וואס גייט מיר אן וואס מען רעדט אויף א צווייטן?"


די אלע וואס שטייען אין שפיץ און פירן אן מחלוקת זענען פוסטע לייט; קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין עא:): ווען צוויי מענטשן קריגן זיך, און איינער פון זיי שווייגט, זאלסטו וויסן אז דער איז א גרעסערער מיוחס, און פארקערט אויך, ווער עס קריגט זיך מיט יעדן איינעם, דער איז נישט בסדר; אפילו ער זעט אויס ווי א צדיק, איז ער א משוגע'נער צדיק - ווי דער רבי רופט אזא איינעם (ספורי מעשיות, מעשה ג - מחיגר); דער רבי פארציילט דארט, אז ווען די גזלנים זענען אנגעקומען צו דעם פלאץ וואו דער חיגר האט אויסגעשפרייט די שטויב, האבן זיי אנגעהויבן שרייען אויף זייערע טעג און יארן, זיי האבן תשובה געטון; אבער וויבאלד עס איז געווען דארט אויסגעמישט פון די שטויב פון משוגעים, זענען זיי געווארן "משוגע'נע צדיקים"; זיי האבן זיך אנגעהויבן צו קריגן איינער מיטן צווייטן. דער האט געשריגן: "איבער דיר האבן מיר געטוהן די אלע עבירות", און דער האט געשריגן: "איבער דיר וכו'", ביז זיי האבן זיך אויסגע'הרג'ט איינער דעם צווייטן. קוק נאך די מעשה.


דערפאר זאלסטו ווייטער דאווענען אין דיין ווינקל, און זיי זיך נישט מבלבל פון א צווייטן; דו קוק נאר אויף דיר און אויף דיינע קינדער, דאן וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

#18 - מסכים זיין אז ס'זאל נישט שטיין דער נאמען פון מוהרא"ש ז"ל?
חסידות ברסלב, בית המדרש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
אזוי ווי מיר האלטן יעצט ביים קויפן א פרוכת פאר'ן ארון הקודש אין אונזער בית המדרש היכל הקודש, און עס איז דא איינער וואס וויל עס מנדב זיין לע"נ, אבער ער וויל נישט עס זאל שטיין אויף דעם "בהתיסדות כ"ק מוהרא"ש זצוק"ל" [ער האט נישט קיין פראבלעם אז עס זאל שטיין אויף דעם "היכל הקודש ברסלב"], וויל איך וויסן אויב מיר זאלן מסכים זיין אויף דעם אדער נישט?
גבאי בית המדרש היכל הקודש

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד גבאי בית המדרש היכל הקודש. 


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וואלט דיר געזאגט אז דו זאלסט ארויס שטעלן א שיינעם טאוול אינדרויסן פון בית המדרש, וואס עס זאל שטיין דערויף: "בית המדרש היכל הקודש ברסלב, נתייסד על ידי מרן מוהרא"ש ז"ל".


ווייל אז איינער קומט צו דיר אז ער וויל מנדב זיין א פרוכת נאר בתנאי אז עס שטייט נישט אויף דעם מוהרא"ש'ס נאמען, דאס מיינט אז די מתפללים מיינען אז זיי דאווענען נישט אין היכל הקודש; איך קען דיר נישט זאגן אז דו זאלסט נישט נעמען פון אים וכו', אבער איך וואלט נישט גענומען פון איינער וואס נעמט זיך אויס מיט מיר אזאנס אנקעגן מיין רבי.


צו פירן א שול דארף מען האבן גרויס סייעתא דשמיא, און ווי לאנג א מענטש איז נישט קיין גבאי אין א בית המדרש, ווייסט ער נישט וואס גייט אריבער אויף איינעם וואס האט צו טון מיט א רבים. חז"ל זאגן (סנהדרין יז.) אויפן פסוק (במדבר יא, כח): "וַיֹּאמַר, אֲדֹנִי מֹשֶׁה כְּלָאֵם", אז יהושע בן נון האט געבטן משה רבינו אז ער זאל עפעס טון מיט אלדד ומידד וכו', זאגט די גמרא, מַאי כְּלָאֵם? אָמַר לֵיהּ הַטֵּל עֲלֵיהֶן צָרְכֵי צִיבּוּר וְהֵן כָּלִין מֵאֲלֵיהֶן, ער זאל ארויף לייגן אויף זיי צרכי ציבור, וועט זיך זייער נביאות ענדיגן (עיין תוספות שם): "דְּאֵין שְׁכִינָה שׁוֹרָה מִתּוֹ עַצְבוּת אֶלָּא מִתּוֹ שִׂמְחָה", דאס הייסט, אז איינמאל זיי וועלן זיין פארנומען מיט א ציבור, וועלן זיי שוין זיין פאר דאגה'ט, און אז מען איז נישט פרייליך קען מען נישט זיין קיין נביא.


דערפאר בעט איך דיר זייער שטארק, אז דער אייבערשטער האט דיר מזכה געווען אויפצושטעלן א היכל הקודש, זאלסטו זען אז עס זאל זיין א שיין ווינקל פאר די גאנצע געגענט, אז אויב איינער דארף חיזוק זאל ער וויסן אז עס איז דא א פלאץ וואו מען קען הערן א גוט ווארט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#17 - טרינקען ברוינפן אין א ברסלבע שול
בית המדרש, שכרות

תוכן השאלה‎

פון בערל

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
אזוי ווי איך האב ב"ה געעפנט א בית המדרש היכל הקודש ביי מיר, און ס'איז דא אפאר נייע אינגעלייט וואס קומען דא דאווענען, און זיי ווילן זייער שטארק ברענגען ברוינפן פאר'ן קידוש שבת צופרי נאכ'ן דאווענען; וויל איך וויסן אויב ס'איז כדאי אביסל נאכצולאזן און זיי לאזן ברענגען, אדער זאל איך אראפשטעלן א שטארקע תקנה אז מ'קען נישט ברענגען קיין ברוינפן אין א ברסלב'ע שול?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ה' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד בערל ני"ו, גבאי בית המדרש היכל הקודש בלאמינגראוו נ.י.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אמאל דערציילט אז ער איז געווען תשל"ו אין די ברסלב'ער שול אין מאה שערים, און ערב ראש השנה האט איינער געברענגט לעקיך און ברוינפן צו געבן תיקון נאכן דאווענען, און הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה איז צוגעגאנגען צו דעם איד און אים פארגעהאלטן דערויף, פאר צוויי סיבות; איינס אז דער רבי האט נישט געלאזט טרינקען ברוינפן א גאנץ יאר, און צווייטנס אז דער רבי האט געוואלט מען זאל פאסטן ערב ראש השנה ביז חצות, אזוי ווי עס שטייט אין שולחן ערוך (אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ב): "נוֹהֲגִין לְהִתְעַנּוֹת בְּעֶרֶב רֹאשׁ הַשָּׁנָה".


דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן אז אין היכל הקודש זאל נישט זיין קיין ברוינפן; פארשטייט זיך אז מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן צו פרישע מקורבים, מען דארף זיי דאס געבן צו פארשטיין שיינערהייט, און זיי ווייזן וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כו): "עַל־יְדֵי שִׁכְרוּת שׁוֹכְחִין כָּל הַמִּצְווֹת", אז מען טרינקט און מען שיכור'ט זיך אן, פארגעסט מען פונעם אייבערשטן, און אזוי רעדן צו זיי ביז זיי וועלן פארשטיין.


ליידער זעט מען לעצטענס אז זייער אסאך אינגעלייט טרינקען זיך אן שבת; זיי גייען פון איין שול צום צווייטן זוכן וואו עס איז דא פונעם ביטערן טראפ, און מען גייט צו חברים וואו מען טרינקט זיך אן, נאכדעם קומט מען צו ניבול פה און צו ביטערע עבירות רחמנא לצלן; אנשטאט דער אינגערמאן זאל אהיים גיין צו זיין ווייב און קינדער פארברענגען מיט זיי - די איין מאל א וואך וואס דער אינגערמאן האט אביסל צייט צו זיין אין שטוב, אבער אנשטאט דעם גייט אוועק דער שבת מיט טרינקען.


דער עיקר זאלסטו זען אז אין בית המדרש זאל זיין א דרך ארץ, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען, און דו זאלסט יעדן איינעם מקבל זיין בסבר פנים יפות, אזוי וועסטו האבן גרויס הצלחה.


 דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן. 

#16 - מוז מען זאגן "סיפורי מעשיות" פונקטליך אזוי ווי עס שטייט?
אחדות, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, תפילה והתבודדות, בית המדרש, היכל הקודש, שלום, סיפורי מעשיות, נערווען, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב די זכיה צו זיין א גבאי אין איינע פון די בתי מדרשים היכל הקודש, איך לערן נישט פאר, דער אנדערער גבאי לערנט פאר, און ווען ער לערנט פאר סיפורי מעשיות איז ער זייער מקפיד (נישט אין א שלעכטע וועג, נאר פאר מיר קראצט עס אין אויער) צו זאגן פונקטליך די אידישע לשון פון סיפורי מעשיות, אסאך מאל וועט ער אפילו איבערזאגן א ווארט צוויי דריי מאל שטייטערהייט צו מאכן זיכער אז ער האט גוט געזאגט דאס ווארט.


וויל איך פרעגן אויב עס איז דא א ענין צו פונקטליך ארויסזאגן יעדעס ווארט אזוי ווי עס שטייט? אדער אויב עס שטייט א ווארט וואס קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אדער ווען אין די היינטיגע אידיש זאגט מען דאס ווארט אביסל אנדערש, מוז מען עס זאגן פונקטליך אזוי ווי עס שטייט? אדער צום ביישפיל די ווערטער, "כנ"ל, הנ"ל, דהיינו, מחמת", און דאס גלייכן, מוז מען דאס זאגן ווי עס שטייט?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס דארף דיך נישט שטערן די זאכן, דו פארלייג זיך אויף איין זאך, עס זאל זיין ליבשאפט אין שול, און אז דו ווערסט נערוועז פון עפעס - זאלסטו צוריקלויפן אין פעלד שרייען: "אייבערשטער וואס גייט מיך אן דאס, וואס גייט מיך אן יענץ? איך בין דאך א גאסט, איך גיי נאך אביסל זיין א גוסס, א נפטר - וואס איז מיט מיר? וואס ווער איך נערוועז פון יעדע זאך?!" טייערער ברודער, איין עצה איז דא, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן; אים דערציילן די אלע נערווען זאכן, די אלע נארישקייטן וואס שטערט.


דו ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש האט מיט אונז גע'חזר'ט טויזנטער מאל אין די בריוו, די ווערטער וואס דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועקגעפארן פון ברסלב אויפן וועג זיך צו באזעצן אין אומאן, און דער בעל עגלה איז שוין געשטאנען אינדרויסן מיט די פערד און וואגן; אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים טיר, ער האט געהאלטן די האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך צוזאמנעמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען מיט כוונה, אפשר וועט איר מיר קענען צוריק ממשיך זיין (חיי מוהר"ן, סימן קפה).


אין די לעצטע בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין שפיטאל פאר אונז אפאר שעה פארן הסתלקות, האט ער געשריבן: "עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט"; האלט די ווערטער פאר דיינע אויגן, וועסטו נישט נערוועז ווערן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#15 - מעג א טאטע טוישן אדער באדן זיין קליין מיידל?
שלום בית, צניעות, קינדער, לימוד התורה, מורה דרך, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, חברים, סדר דרך הלימוד, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף אלע בריוו יעדע וואך אין עצתו אמונה, און פאר דעם גליון פון חינוך, איך ליין עס יעדן שבת, און דאס איז ממש מיין עונג שבת, איך ווארט יעדע וואך אויף דעם. ברוך ה' אז צוביסלעך קום איך צוריק צו די כוחות, און איך קען ווייטער אנהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד און דאווענען יעדן טאג די דריי תפלות.


איך האב ברוך ה' א קליין מיידעלע, שוין א יאר אלט, און לעצטנס הער איך פון ארומיגע מענטשן אז עס פאסט נישט פאר א טאטע צו באדן די מיידל, אדער צו איבערטוישן די מיידל, אדער אפילו צו בעביסיטן די מיידל, ווען מיין ווייב דארף הילף.


איך האב קיינמאל נישט געהערט פון מוהרא"ש אז עס זאל זיין א פראבלעם מיט דעם. פארקערט, מוהרא"ש האט אלץ גערעדט אז מען דארף העלפן אין שטוב. האב איך געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו דאווענסט די דריי תפילות יעדן טאג, שחרית מנחה מעריב, און זיי מקפיד צו גיין אין שול דאווענען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "בְּשָׁעָה שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בְּבֵית הַכְּנֶסֶת", ווען דער אייבערשטער קומט אין שול, "וְלֹא מָצָא בָּהּ עֲשָׂרָה", אין זעט אז עס איז נישטא קיין מנין, "מִיָּד הוּא כּוֹעֵס", ווערט דער אייבערשטער בכעס, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נ, ב): "מַדּוּעַ בָּאתִי", פארוואס בין איך געקומען, "וְאֵין אִישׁ", ווען עס איז נישטא קיין מענטש? "קָרָאתִי", מען רופט מיך, "וְאֵין עוֹנֶה", און איך ענטפער נישט; זאגן די הייליגע צדיקים, ווען דער אייבערשטער קומט אין שול און זעט ווי מען דאווענט מיט מנין - איז נישטא קיין כעס נאר דער אייבערשטער פון דעם א נחת רוח. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שם ז:) אויפ'ן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן" ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט.


אויך פריי איך זיך אז דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן, איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג די בלאט גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְּלִפָּה הַמְחַטֲאַת אֶת הָאָדָם בִּפְגַם הַבְּרִית שֶּׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'", ווען א מענטש לערנט גמרא - פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; א שאד אז מענטשן ווייסן נישט פון סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז מען קען לערנען אפילו אן פארשטיין; ווייל ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון א בלאט גמרא אפילו אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער - וואלט יעדער איינער געעפנט די הייליגע גמרא און געלערנט.


בנוגע דיין פראגע וכו'; קענסט שמועסן מיט חברים, פארברענגען מיט מענטשן, אבער דעות - זאלסטו אויסהערן נאר פון צדיק, און אודאי און אודאי ווי אזוי אוועק צו שטעלן דיין שטוב - זאלסטו נאר אויסהערן דעם צדיק.


דער צדיק זאגט העלף אין שטוב, באד די קינדער, בעבי-סיט די קינדער און טויש די קינדער; נישט נאר מען מעג, נאר א טאטע מוז העלפן באדן די קינדער און טוישן די קינדער; איז וואס דארפסטו זיך מבלבל זיין פון אנדערע?


וואויל איז דעם וואס העלפט אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - ווי אזוי פירט מען זיך ביי א שבע ברכות ביי שלש סעודות?
שמחות, בית המדרש, מנהגים, שלש סעודות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי דעם שבת וועט זיין א שבע ברכות ביי אונז אין בית המדרש, האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן ביי א שבע ברכות ביי שלש סעודות, אויב מ'טרינקט אויס דעם כוס פון ברכת המזון, און אויב ס'איז א חילוק פון פאר'ן זמן רבינו תם אדער נאכ'ן זמן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב בענטשט מען נאכן זמן - דעמאלט טרינקט נאר דער וואס זאגט די ברכות און אויך די כלה, אבער נישט דער חתן. אויב איז נאך איידער דעם זמן - קען אויך דער חתן טרינקען.


דאס איז נאר ביי שבע ברכות, אבער אלע וואכן - אויב בענטשט מען נאכן זמן - טרינקט מען נישט אויס די כוס של ברכה. אזוי ווי דער מגן אברהם זאגט (סימן רצט, סעיף קטן ז): "מי שאינו נזהר בכל השנה לברך על כוס דס"ל כמ"ד דאין טעון כוס גם עתה אסור לשתות ממנו", נאר דער וואס פירט זיך אלעמאל צו בענטשן אויף א כוס - קען טרינקען, עיין שם.


די שבע ברכות זאגט מען ווען די כלה איז דארט, די כלה קען זיצן ביים טיר פון בית המדרש.


שבת זאגט מען נישט דוי הסר.


אויב די חתונה איז געווען זונטאג בייטאג, דעמאלט קען מען זאגן די שבע ברכות ביי שלש סעודות נאר בייטאג, פאר'ן זמן מוצאי שבת.


 

#13 - עטליכע שאלות אויף מנהגים אין בית המדרש אום יום טוב פסח
בית המדרש, מנהגים, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יום טוב פסח, האב איך געוואלט פרעגן עטליכע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק אום יום טוב פסח.


מעריב די ערשטע און צווייטע נאכט פסח, דארף מען ווארטן אויפ'ן זמן רבינו תם?


ספירת העומר, דארף מען ווארטן אויפ'ן זמן רבינו תם?


די צווייטע טאג פסח זאגט מען יוצרות ביי שחרית?


מנחה מוצאי יום טוב ראשון, וואס קומט אויס דאס יאר ערב שבת חול המועד, זאגט מען הודו?


און וואס איז וועגן זאגן כגוונא שבת חול המועד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בארא פארק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר פירן זיך צו זאגן "הודו" ביי תפילת מנחה ערב פסח, סיי די ערשטע טעג און סיי די צווייטע טעג. (ביי מנחה ערב שמיני עצרת זאגן מיר נישט הודו).


מען דארף נישט ווארטן צו דאווענען תפילת ערבית אויף זמן רבינו תם, און אזוי אויך דארף מען נישט ווארטן צו ציילן ספירה אויף זמן רבינו תם.


מיר זאגן די יוצרות דעם צווייטן טאג פסח ביי הויכע שמונה עשרה, אויסער דעם פיוט "שור אשר מאז", דאס לאזן מיר אויס, אויך דעם לאנגן פיוט פאר קדושה "בעשר מכות" - לאזן מיר אויס.


מיר זאגן נישט "הודו" ביי מנחה ערב שבת חול המועד, אזוי אויך ווען שבת געפאלט אסרו חג זאגט מען נישט "הודו" ביי מנחה.


מען זאגט נישט דעם שטיקל זוהר "כגוונא" - שבת חול המועד.


מיר פירן זיך צו דוכענען שבת חול המועד.


מיטל נאכט איז א צייט וואס מען יאגט זיך נישט און מען איז אויסגערוט, איז כדאי צו רעדן דבורי התחזקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#12 - וואס זענען די מנהגים פון שבת זכור?
התחזקות, בית המדרש, מנהגים, דאווענען, עבודת השם, פורים, שבת זכור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, אלס גבאי ביהמ"ד היכל הקודש, אויב ס'איז דא עפעס מנהגים אויף דעם שבת, שבת זכור, וואס די גבאים דארפן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, לדוגמא, לגבי זינגען אינטערעסאנטע ניגונים ביי לכה דודי וכדומה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל זיך נישט נאריש מאכן ביים דאווענען. אפילו שמחת תורה וואס עס איז דא מנהגים צו מאכן אינטערעסאנטע זאכן - האט מוהרא"ש געזאגט מען זאל נישט שטערן דאס דאווענען און נישט מאכן די זאכן.


שבת זכור איז דער מנהג צו זאגן יוצרות ביי הויכע שמונה עשרה, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין אויסצומעקן עמלק.


איידער מען גייט ליינען די פרשה פון עמלק איז כדאי אויסצורופן אז מען גייט יעצט מקיים זיין די מצוה פון מחיית עמלק, אזוי וועלן די עלטערן אריינרופן די קינדער, זיי האלטן נעבן זיך און זיי מחנך זיין מיט די מצוה.


אז עס קומט דיר אויס צו רעדן אין שול - זאלסטו רעדן די וואך בעיקר פון ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד און ווי טייער עס איז יעדע מצוה וואס מיר טוען, דאס איז מחיית עמלק. דאס איז די מלחמה וואס ער איז לוחם; ער וויל אונז צעברעכן, ער וויל אונז איינרעדן אז דער אייבערשטער דארף אונז נישט און ער איז ברוגז חס ושלום אויף אונז; דארפן מיר לוחם זיין און ארויסהאקן פון קאפ די טריפה'נע מחשבות, מיר זאלן וויסן אז מיר זענען זייער באליבט ביים אייבערשטן און יעדע מצוה איז זייער חשוב.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - מעג מען ברענגען קליינע קינדער שבת אין שול?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, בית המדרש, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער ברענגען קליינע קינדער שבת אין שול, עס איז זיכער אז אויב דאס קינד מאכט א גערודער און דרייט איבער דעם בית המדרש, קען מען זיי נישט ברענגען אין שול, איך פרעג אבער וועגן מיינע קינדער וואס ביי שמונה עשרה, און ווען דער רב פון בית המדרש רעדט, ווייסן זיי צו זיין שטיל, אבער סתם אזוי אינמיטן דאס דאווענען איז שווער צו פארלאנגען פון זיי צו זיצן שטיל די גאנצע צייט נעבן מיר, און זיי ווילן אויך נישט ארויסגיין שפילן אינדרויסן.


געווענליך שפילן זיי ביי מיין טיש אין שול מיט זייער חברים, זיי קריכן ארויף און אראפ און טאנצן אביסל ארום, אבער אלעס מער רואיג און שטיל. אבער מיין חבר האט מיר מעורר געווען אז דאס שטערט לכאורה מענטש פון דאווענען, פון די אנדערע זייט וויל איך אבער יא ברענגען די קינדער אין שול, זיי זאלן הנאה האבן און טרעפן חברים, און זיי זאלן זען ווי אזוי מען דאווענען, און די קינדער האבן טאקע ליב צו קומען אין שול און אויך מיין ווייב האט הנאה דערפון ווי פארשטענדליך, אבער למעשה זענען זיי נאך קליין און איך קען נישט פארלאנגען פון זיי זיך אויפצופירן ווי גרויסע קינדער.


למעשה ווייס איך נישט וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון, דארף איך זיך רעכענען מיט דעם אז אפשר שטערן זיי אנדערע מענטשן פון דאווענען? איך רעד נישט פון גרויסע איבערדרייענישן מיט קולות, מען רעדט סתם פון קליינע קינדער וואס שפילן זיך שטילערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, מען קען ברענגען קינדער אין שול נאר אויב מען געבט אכטונג אויף זיי, ווייל אז מען ברענגט קינדער אין שול און מען לאזט זיי אויף הפקר - איז ענדערש זיי צו לאזן אין שטוב.


ברענג דיינע קינדער אין שול, אבער נאר אז דו וועסט אכטונג געבן אויף זיי. זיי זאלן נישט רעדן און דו וועסט דאווענען מיט זיי, דו וועסט זיי מחנך זיין אויף כבוד בית המדרש.


דער עיקר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט מצליח געווען מיט די קינדער, האט ער געזאגט: "איך האב אסאך טרערן פארגאסן פאר זיי, איך האב אנגעפילט א גלעזל טרערן ביי תיקון חצות פאר גוטע ערליכע קינדער, אזוי האב איך מצליח געווען".


אזוי אויך איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט געהאט זייער גוטע ערליכע קינדער. ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז דער סוד פון די הצלחה, האט ער געזאגט: "וואס מיינט איר, קינדער זענען עפעלעך וואס מען רייסט אראפ פון בוים? איך האב אסאך געוויינט צום אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ווי אזוי זאל איך רעאגירן ווען איך זע א בחור מיט א סמארטפאון?
בית המדרש, היכל הקודש, סמארטפאון, בחור, מוסר, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען געזעסן נעכטן אינאיינעם ביי אונז אין בית המדרש צו די סעודת הילולא פון רבי נתן, עס איז געווען גאר געשמאק, און מיר האבן זיך שטארק מחזק געווען ברוך ה'.


איין זאך האט מיר נאר זייער געשטערט, איך האב געזען א בחור נעמט ארויס א סמארטפאון און דרייט זיך ארום כאפן בילדער, ביי אונז איז זייער מאדנע צו זען א חסידישער בחור מיט א סמארטפאון, און דאס האט מיר זייער וויי געטון.


דארף איך גארנישט טון און גארנישט זאגן ווען איך זע א בחור נעמט ארויס א סמארטפאון ביי א מסיבה אין היכל הקודש? און בכלל אויב זע איך א בחור פון די חבורה וואס נעמט ארויס א סמארטפאון, דארף איך זיך נישט וויסנדיג מאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לאז איבער פאר די גבאים צו זאגן מוסר רייד, עס איז א גרויסע אחריות צו זאגן מוסר, עס איז זייער איינגעשטעלט.


דו זאלסט נעמען פאר דיר די מצוה פון געבן גוטע ווערטער פאר יעדן איינעם, ווייל מוסר אויב מען זאגט דאס נישט אויף די ריכטיגע וועג - טוט עס נישט אויף, און עס מאכט נאר שאדן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "אַף עַל פִּי שֶׁתּוֹכָחָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל", זאגן מוסר איז זייער א גרויסע מצוה, "אַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם רָאוּי לְהוֹכִיחַ", אבער נישט יעדער איינער קען מוסר זאגן. "כְּמוֹ שֶׁאָמַר רַבִּי עֲקִיבָא", אזוי ווי רבי עקיבא זאגט (ערכין טז:) "תָּמֵהַּ אֲנִי", איך וואונדער זיך, "אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה", אויב איז דא אין אונזער דור, "מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ" איינער וואס קען זאגן מוסר; "וְאִם רַבִּי עֲקִיבָא אָמַר זֹאת בְּדוֹרוֹ", און אויב רבי עקיבא האט דאס געזאגט אין זיין דור, "כָּל שֶׁכֵּן בַּדּוֹר הַזֶּה שֶׁל עַכְשָׁו", איז דאך זיכער אין אונזער דור; "כִּי כְּשֶׁהַמּוֹכִיחַ אֵינוֹ רָאוּי לְהוֹכִיחַ", ווייל אויב דער מוסר זאגער ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר, "אֲזַי לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר עס וועט נישט אויפטון די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", נאר ער וועט מאכן א שלעכטע גערוך אויף די וואס הערן זיינע מוסר רייד, ער וועט זיי צעברעכן, "כִּי עַל יְדֵי תּוֹכַחְתּוֹ", ווייל דורך די מוסר - "הוּא מְעוֹרֵר הָרֵיחַ רַע שֶׁל הַמַּעֲשִׂים רָעִים וּמִדּוֹת רָעוֹת שֶׁל הָאֲנָשִׁים שֶׁהוּא מוֹכִיחָם", צעקלאפט ער די מענטשן און זיי וועלן מער נישט תשובה טון.


טעלעפאונס איז א גרויסע פראבלעם, אבער די וועג פון שרייען און מוחה זיין - העלפט נישט. מיר האבן גוטע גבאים, ערליכע אידן; אז דו זעסט עפעס אין שול וואס שטערט דיר - זאלסטו דאס דורכרעדן מיט זיי. אזוי אויך, אז מען רעדט ביים דאווענען און מען ווערט געשטערט, דארף מען זיך ווענדן צו די גבאים, און זיי האבן סייעתא דשמיא; זיי ווייסן ווי אזוי, וויפיל און ווען צו זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט מיינע קינדער שבת אין שול?
שבת קודש, חינוך הילדים, בית המדרש, סכנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם מיינע קינדער שבת אין שול, איך ווייס אבער נישט וואס צו טון ווען זיי לויפן ארום אין שול, דרייען אלעס איבער, און זיי הערן ניטאמאל וואס איך רעד.


די גבאים פון שול האבן מיר שוין געהייסן עטליכע מאל איך זאל אהיימטראגן די קינדער, וואס זאל איך טון?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נאר ברענגען קינדער אין שול אז מען האלט זיי מיט זיך.


עס איז א גרויסע אחריות פאר די עלטערן וואס ברענגען קינדער אין שול און לאזן זיי אויף הפקר; עס זענען דא עלטערן וואס מיינען אז א שול איז א פלאץ פאר בעבי סיטן, מען וויל העלפן די ווייב, מען נעמט ארויס די קינדער און מען ברענגט זיי אין שול אויף הפקר; א שול איז נישט קיין בעבי סיטינג, עס איז א חילול בית המדרש און עס שטערט די מתפללים.


מוהרא"ש זאגט מען זאל ברענגען קינדער אין שול, אפילו גאר קליינע קינדער - זיי מחנך זיין, זיי אויסצולערנען דאווענען, זיי מרגיל זיין ווי אזוי דאווענען זעט אויס; וואס איז קדושה, כתר, קריאת התורה, וכדומה; דאס קען נאר זיין אז מען האלט די קינדער נעבן זיך מיט דרך ארץ, אבער סתם ברענגען קינדער אין שול און זיי לאזן ארום ווילדעווען – דאס טאר מען נישט.


אז דיינע קינדער הערן נישט וואס דו רעדסט - זאלסטו פרובירן א שפראך וואס רעדט צו זיי; עס זענען דא קינדער ווען זיי זעען נאש - דאס רעדט צו זיי, מען ווייזט זיי א נאש און מען זאגט זיי "ווער עס זיצט שיין נעבן טאטי באקומט א גוטע נאש"; אדער מען שמועסט אפ אז מען גייט גיין צו א פארק - ווער עס האט כך וכך טיקעטס, און אזוי איז דא אסאך וועגן ווי אזוי מען קען זיי מרגיל זיין צו דאווענען און צו זיצן מיט דרך ארץ, מען זאגט זיי "ווער עס וועט פאלגן טאטע מאמע - וועט באקומען א בייק".


הכלל, סתם ברענגען קינדער אין שול און זיי לאזן אויף הפקר - איז א שרעקליכע עולה, סיי עס שטערט דאס דאווענען, און עס קען פאסירן מיט זיי אן אומגליק חס ושלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - וואס טו איך אז מיין שוויגער וויל נישט אין זאל דאווענען אין ברסלב?
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, בית המדרש, משפחה, קאמפלימענטס, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעדעס מאל וואס איך גיי דאווענען אין היכל הקודש, בין איך זיך נאכאמאל מחי' פון פריש, איך באקום א פרישע התחזקות צו דינען דעם אייבערשטן.


מיין ווייב האט נישט קיין פראבלעם איז איך גיי דארט דאווענען, אבער פאר מיין שוויגער שטערט עס יא, זי טענה'ט אז איך דארף גיין צו א געהעריגע מסודר'דיגע חסידות, און זי האלט אין איין מוטשען מיין ווייב דערוועגן, אז זי זאל מיר איבעררעדן איך זאל גיין ביי זייער חסידות, און דאס שטערט פאר מיין ווייב אז איר מאמע מאכט איר משוגע וועגן דעם.


וואס קען מען טון אין אזא מצב? מיין ווייב בעט מיר צומאל אז איך זאל גיין דאווענען מיט מיין שווער, און איך געב איר נאך, איז דאס די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי איז נישט קיין מתנגדת אויפ'ן רבי'ן; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ווייסט פון רבי'ן און דיין ווייב איז דיר נישט קיין אפהאלט.


אויך זאלסטו איר דאנקען; דאנק איר און לויב איר, געב איר אסאך גוטע ווערטער. איינע פון די הויפט שליסלען פון האבן שלום בית איז געבן אסאך גוטע ווערטער, נישט זיין א קארגער ווען עס קומט צו געבן גוטע ווערטער.


דיין שוויגער זאלסטו אויך באגיסן מיט גוטע ווערטער, זאג איר: "איך בין אזוי דאנקבאר אז איך האב באקומען א טייערע ווייב, איך האב ליב די משפחה, עס איז מיר אזוי גוט צו זיין דא"; שווער און שוויגער מישן זיך נישט אריין אינעם איידעמ'ס לעבן, זיי ווילן איין זאך, עס זאל זיין גוט פאר זייער טאכטער; ווען זיי זעען די טאכטער פרייליך און צופרידן, זיי זעען אז דער איידעם האט דרך ארץ - וועלן זיי שטיין אין די זייט און עסן די נחת.


דו זאלסט זיך פירן מיט די גרעסטע כבוד צו דיין שווער, זיי אים מכבד - וועט ער אנהויבן אויך דאווענען מיט דיר אין ברסלב, און דיין שוויגער וועט אויך קומען קיין ברסלב.


לאך נישט; איך האב דאס שוין געזען צענדליגער מאל, ווי עלטערן וואס זענען מתחילה געווען גרויסע מתנגדים - זענען מקורב געווארן דורך א זון, אדער אן איידעם - פון זען זייער דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי אזוי היט מען אפ די קינדער פון שלעכטע מענטשן?
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, קינדער, בית המדרש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטע יאר פורים איז געווען א מעשה אין א געוויסע שול אז א טאטע האט געזוכט זיין זון פאר א לענגערע צייט און האט אים צום סוף געטראפן שרייען פארשפארט אין א זייטיגע שטיבל מיט א מנוול רחמנא ליצלן.


זייענדיג לעצטנס ביי א שמחה איז מיין שוועגערין אריין אין א געפערליכע פחד פון דעם אז זי האט נישט געקענט הנאה האבן פון די שמחה, ווייל יעדע מינוט און א האלב האט זי נאכאמאל גערופן מיין ברודער זיכער צו מאכן אז ער האט זייער קינד.


איך ווייס נישט, קען זיין איך בין נישט די סארט מענטש, אבער איך קען נישט לעבן מיט אזעלכע פחדים. אפשר איז גרינגער צו בעטן דעם אייבערשטן צו האבן נאר מיידלעך? אויב דאס וועט זיין בעסער. אודאי דארף מען אכטונג געבן און רעדן פון דעם אבער צי דארף מען לעבן מיט פחדים?


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיך ביטע מסביר זיין וואס איז די ריכטיגע וועג אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינסטו, מיידלעך דארפן נישט קיין שמירה? מיידלעך דארפן מער שמירה ווי אינגלעך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י) אויפ'ן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ, יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע טעכטער; זעט מען אז מיידלעך דארפן האבן מער שמירה ווי זין.


די ריכטיגע וועג איז אנצוגרייטן די קינדער פאראויס זיי זאלן נישט אריינפאלן אין די הענט פון מניוולים. ערשטנס דארפן עלטערן אויסלערנען די קינדער זיי זאלן נישט גיין מיט א פרעמדער מענטש, קיינמאל נישט אריינגיין אין א פרעמדע שטוב אדער קאר, און אזוי אויך ווען מען גייט אין שול אדער צו א שמחה - נישט צו גיין אין שטילע ליידיגע פלעצער.


אזוי אויך דארף מען רעדן צו די קינדער - סיי אינגלעך, סיי מיידלעך, קלאר און דייטליך - נישט זיך לאזן אנרירן אין פריוואטע פלעצער, און אויב חס ושלום איינער וויל טון עבירות, ער וויל אנרירן אין פריוואטע פלעצער וכו' - זאל עס זיין אפילו א נאנטער מענטש, איינעם וועם מען קען; א פעטער, א ברודער וכדומה - זאלסטו אנטלויפן און רופן פאר הילף. מען דארף רעדן צו קינדער ווען זיי זענען נאך ריין און געזונט, זיי זאגן: "עס זענען דא קראנקע מענטשן, פון אינדרויסן זעט מען דאס נישט אן, מען דארף זיך אכטונג געבן פון זיי; אויב זיי ווילן אנכאפן ביים אות ברית קודש - זאלסטו נישט מורא האבן צו שרייען אויף יענעם, און זאלסט קומען דערציילן".


מי לנו גדול פון דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו וואס האט געהייסן די מלמדים רעדן צו די קינדער פון קדושה; עס איז היינט שוין געדרוקט די דרשות פון אסיפות מלמדים, ווי מען פרעגט דעם רבי'ן זכותו יגן עלינו וואס מען זאל טון, יא רעדן צו די קינדער פון קדושה אדער נישט רעדן פון קדושה? דער רבי ענטפערט: "אודאי זאל מען רעדן!" מען האט גע'טענה'ט מיטן רבי'ן, אפשר זאל מען נישט רעדן; דער סאטמער רבי האט אלעס אוועקגעמאכט און געהייסן זיינע מלמדים רעדן צו די קינדער פון קדושה. היינט זעט מען ווי גערעכט ער איז געווען, ווען עס קומען ארויף טאג טעגליך מעשיות, מענטשן דערציילן ווי זיי זענען געווארן גע'הרג'עט דורך מניוולים, און נאכאלץ זענען דא פאר'עקשנ'טע מענטשן מיט שיטות נישט צו רעדן. א רחמנות אויף א קינד וואס פאלט פאר א מניוול, עס וואלט אים שוין ענדערש געווען צו פאלן אין די הענט פון א רוצח און איין מאל שטארבן, ווי צו האלטן אין איין שטארבן א גאנץ לעבן.


עלטערן דארפן בעטן דעם אייבערשטן די קינדער זאלן בלייבן ריין, זיי זאלן בלייבן ערליך; לעבן מיט פחדים יעדע רגע 'וואו זענען די קינדער?' - איז נישט די וועג, פון די אנדערע זייט, לאזן די קינדער הפקר - איז זיכער נישט די וועג, מען דארף נעמען די מיטל וועג, אכטונג געבן אויף די קינדער, וויסן מיט וועם זיי חבר'ן זיך. ווען מען קומט אין שול דארף מען האלטן די קינדער מיט זיך, קליינע קינדער איז שווער זיי זאלן זיצן א גאנץ דאווענען, דארף מען מיט ברענגען קליינע שפילצייג מיט וואס די קינדער קענען זיך האלטן באשעפטיגט אין די צייט פון דאווענען, פארשטייט זיך עס זאל נישט מאכן קיין גערודער, נישט שטערן דאס דאווענען; מען ברענגט מיט גוטע זאכן און ווען די קינדער דאווענען מיט - האט מען זיי מיט וואס צו באלוינען.


וואויל זענען די עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער, וואס בעטן פאר די קינדער - וועלן זיי זוכה זיין צו ליכטיגע דורות.


 דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - יישר כח פאר די ליכטיגקייט וואס האט אויפגעשיינט אונזער גאנצע שטוב
שמחות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, בית המדרש, היכל הקודש, קברי צדיקים, שלום, סקול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן, און איך קען זיך נישט גענוג באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, פאר אלעס גוטס וואס איך באקום טאג טעגליך.


אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א האב איך געענדיגט יעצט די זעקסטע מאל משניות, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ענדיג איך די וואך מסכת גיטין פון ירושלמי. מיין זון וואס איז 6 יאר אלט האט געענדיגט יעצט משניות מסכת פאה.


מארגן פאר איך אי"ה קיין מירון צו רבי שמעון בר יוחאי זיע"א, צו מאכן חאלאקע פאר מיין דריי יעריג אינגל.


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש ביי מיר אינדערהיים.


נאך א זאך, מיינע צוויי טעכטער האבן שוין געענדיגט אסאך מאל תהלים. די 9 יעריגע האט שוין געענדיגט תהלים איבער 20 מאל, זי זעט אלץ אין "איש אמונות" ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט בריוו פאר תלמידות בית פיגא וואס האבן געענדיגט תהלים, און זי וויל אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל איר אויך שרייבן א בריוו, זי האט פונקט לעצטנס געליינט אין א בריוו אז מ'קען זיין א תלמידה בית פיגא אפילו ווען מ'לערנט נישט דארט, איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט איר שרייבן א בריוו מיט חיזוק.


אויך די יונגערע 7 יעריגע האט שוין געענדיגט 3 מאל תהלים ברוך ה'.


איך טראכט אלץ אז אפשר שרייב איך נישט גענוג צום ראש ישיבה שליט"א, אבער איך באקום פשוט ענטפערס אויף אלע מיין שאלות אין די הייליגע שיעורים און בריוו. א גרויסן יישר כח פאר די אלע שיעורים, וואס געבן מיר לופט צו אטעמען טאג טעגליך, און אויף די טייערע בריוו, און אויף די הייליגע ניגונים וואס העלפן מיר אזוי שטארק ביי התבודדות.


און נאכאמאל א יישר כח פאר די ליכטיגקייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אריינגעברענגט צו אונז אהיים.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט אויף וואס דיר קודם צו וואונטשן "מזל טוב!" אויף דיין סיום משניות, אויף די אפשערן פון דיין זון נרו יאיר, אדער גאר אויף די גרויסע שמחה פאר'ן עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק... דאס איז גאר א גרויסע שמחה, אז איר האט זיך שוין געקענט צאנעמען, ארויסקריכן פון די קטנות און טון למעשה - עפענען א בית המדרש. אז איר וועט זיך האלטן באחדות און איר וועט רעדן פון רבי'ן אן קיין חכמות - וועט איר מצליח זיין, עס וועט זיין א ליכטיגע ווינקל פאר גאנץ בני ברק.


ביי אונז אין וויליאמסבורג האט מען אויך געעפנט דעם בית המדרש ביי איינעם אין שטוב; אין אנהייב האבן זיך צאמגענומען געציילטע אינגעלייט פאר שלש סעודות, און פון דעם איז זיך צואוואקסן אזא שיינע קהילה מיט מוסדות.


האלט קאפ אויף די צוויי נקודות: עס זאל נאר זיין שלום, עס זאל נישט זיין צווישן אייך בעלי מחלוקת, און מען זאל רעדן פון רבי'ן אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש. מען זאל רעדן פון די דריי נקודות: לערנען תורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), פון תפילה והתבודדות, דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים, דערציילן יעדע זאך, און פון שלום בית.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) אויפ'ן פסוק (תהלים נ, א): "'אֵל אֱלֹקִים ה' דִּבֶּר', כִּי אֵלּוּ שְׁלשָׁה שֵׁמוֹת הֵם מְקוֹר הָאֱמֶת, וְעַל יָדָם מֵאִיר הָאֱמֶת בְּהַדִּבּוּר", די דריי שמות פונעם אייבערשטן - דאס איז דער אמת, און אז מען רעדט פון די דריי זאכן - איז מען ביים אמת. ווי דער רבי שמועסט דארט אויס באריכות, 'אל' איז דער שם פון תפילה, 'אלקים' איז דער שם פון תורה, און ה' איז דער שם פון שידוכים און שלום בית; די דריי זאכן זענען יסודות ביים רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן און האבן נחת ביי דיינע קינדער, איך שיק דיר א בריוו פאר דיין טאכטער.


א ליכטיגן חנוכה.


...


... תחי'


אייער טאטע האט מיר געשריבן אז איר זאגט תהלים און איר האט געענדיגט יעצט די צוואנציגסטע מאל תהלים. יעצט זע איך אז איר זענט א ריכטיגע בית פיגא תלמידה, מען דארף נישט לערנען אין די פיר ווענט פון בית פיגא צו זיין א תלמידה פון רבי'ן, אז מען פירט זיך מיט די לימודים פון בית פיגא איז מען א תלמידה.


בעטס אייער טאטע ער זאל אייך נעמען פון צייט צו צייט צו א ציון פון א צדיק, דארט זאלט איר זיך אויסבעטן צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג) ביי א ציון פון א צדיק איז מען זוכה אז עס ווערן אנגענומען אלע תפילות.


א ליכטיגן חנוכה.

#5 - זאלן מיר עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין אונזער שטאט?
אחדות, בית המדרש, היכל הקודש, דרך ארץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף אלעס, בפרט אויף די שיעור וואס איז לעצטנס געווען אויף הפצה. מיר זענען א חבורה בחורים און אינגעלייט וואס זענען זיך מחזק אינאיינעם אין אונזער געגנט, אין בראכפעלד, מודיעין עילית. מיר קומען זיך צוזאם זיך מחזק צו זיין אינאיינעם און מיר פרובירן צו מאכן הפצה.


לעצטע וואך האבן מיר געדרוקט 150 גליונות און עס פארשפרייט, ווי אויך גייען מיר הפצה אין די הייזער. און יעדע וואך קומען מיר זיך צוזאם און מ'איז זיך מחזק אינאיינעם מיט'ן רבינ'ס עצות.


מיר האבן געטראפן א שול פון "היכל הקודש" ביי אונז אין שטאט, וואס זיי זענען מסכים אריינצונעמען אונזער חבורה בכבוד גדול מיר זאלן זיך דארט צוזאמנעמען, ביז יעצט קומען מיר זיך צוזאם ביי איינעם אין שטוב, איז די שאלה אויב מיר זאלן ענדערש גיין אין שול, אדער אפשר אין שטוב וועט זיין גרינגער פאר געוויסע מענטשן צו קענען קומען אומגעשטערט.


מיר האפן אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז ענטפערן, און מיר וועלן זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז שרייבן דברי חיזוק פאר אונזער חבורה.


א גרויסן יישר כח


חבורת היכל הקודש מודיעין עילית שכונת ברכפלד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היכל הקודש מודיעין עילית, שכונת ברכפלד, שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איר האט א מעגליכקייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש ברסלב - זאלט איר זיכער עפענען א בית המדרש; דאס איז נישט קיין סתירה צו וואס מען טוט ביז יעצט. מען קען זיך ווייטער צאמנעמען פריוואט אין א שטוב עס זאל זיין גרינג פאר די אנוסים וכו', די וואס שעמען זיך פון חברים און באקאנטע, מען זאל נישט וויסן אז זיי דרייען זיך אין ברסלב וכו', און אין די זעלבע צייט זאלט איר גיין בגדלות, עפענען א 'בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב מודיעין עילית, ברכפלד'.


אבער וויסן זאלט איר, אז מען עפנט א בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב דארפט איר וויסן צוויי זאכן, הדבר הראשון - דער בית המדרש דארף זיך פירן מיט א שטארקע דרך ארץ; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אז אלע שולן היכל הקודש זאלן זיין מיט'ן גרעסטן מאס דרך ארץ.


מוהרא"ש האט געהאט ביידע כוחות; ווען עס איז געקומען צו מקרב זיין א איד - האט ער נישט געקוקט ווער דאס איז, וואס דאס איז; ער האט צו יעדן איינעם גערעדט און מקרב געווען צום אייבערשטן מיט די גרעסטע רחמנות, אבער ווען עס איז געקומען צום בית המדרש דארט האט מען געמוזט זיין זייער דרך ארץ'דיג.


מוהרא"ש האט זייער אכטונג געגעבן אראפצונעמען דעם שלעכטן נאמען וואס איז דא אויף ברסלב; ווען עס איז אריינגעקומען אין היכל הקודש איינער וואס האט אויסגעזען אינטערעסאנט, מוהרא"ש האט דאס גערופן 'משונה קרן', - האט מוהרא"ש געהייסן מען זאל אים פארטרייבן, אז מענטשן זאלן נישט נאכדעם זאגן: "ברסלב'ע משוגעים". יארן לאנג האט מוהרא"ש געארבעט אראפצונעמען דעם שלעכטן נאמען וואס איז דא אויף ברסלב; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין רעדן און שרייבן קעגן די 'נ נח'ס' אז מען זאל וויסן 'דאס איז נישט ברסלב', דאס איז בלויז א דמיון וואס איינער האט אויפגעטראכט אז ער האט באקומען א צעטל פון הימל, א מעשה וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן; פארוואס האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט פון דעם? ווייל ער האט געוואלט אראפנעמען די שלעכטע נאמען, וואס זיי האבן גורם געווען אז דער רבי איז היינט פארשעמט; קיינער וויל נישט זיין זון זאל זיך דרייען ביי א פלאץ פון משוגעים, און דאס איז גורם אזויפיל מחלוקת אויפ'ן הייליגן רבי'ן.


דערפאר אז איר גרייט זיך צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש דארפט איר זייער אכטונג געבן אז דער בית המדרש זאל זיך פירן מיט דרך ארץ; עס דארף זיין אין בית המדרש א משמעת (דיסציפלין), מען מוז פאלגן, מען קען נישט טון איש כל הישר בעיניו יעשה. מען דאווענט אזוי ווי מען דאווענט אין אלע ערליכע שול'ן, נישט מיט קיין נייע מנהגים פון זינגען יעדע שטיקל; די בעלי תפילות זאלן זיין אינגעלייט וואס דאווענען ווארעם; שבת אינדערפרי פירט מען זיך נאכן דאווענען ביים קידוש אז מען לערנט סיפורי מעשיות, און ביי שלש סעודות זינגט מען זמירות און מען איז זיך מחזק מיט'ן רבינ'ס ווערטער.


די צווייטע זאך וואס איר דארפט וויסן, אויב איר עפנט א בית המדרש היכל הקודש וועט דער סמ"ך מ"ם אויך אהין קומען, ער וועט זוכן צו מאכן א פירוד לבבות צווישן אייך. ווייל דער סמ"ך מ"ם קען נישט סובל זיין א פלאץ וואס מען פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, וואס טוט ער? זיין זאך איז "הפרד ומשול", ווען ער וויל צעברעכן א פלאץ; א קהלה, א מוסד אדער א אידישע שטוב, מאכט ער עס זאל זיין מחלוקת און פיינטשאפט, ביז עס ווערט אויס פונעם פלאץ; דארף מען זייער אכטונג געבן און וויסן אז עס איז נישט ווערד דאס עפענען דעם בית המדרש נאר אויב עס וועט זיין שלום צווישן אייך.


אז איר וועט שטיין אויף די צוויי זאכן וועט איר זוכה זיין צו וואס דער רבי האט געזאגט ביים לעצטן ראש השנה, ווען אנשי שלומינו האבן געקרעכצט און געפרעגט דעם רבי'ן: "אויף וועם לאזט אונז דער רבי איבער?" האט דער רבי געענטפערט (חיי מוהר"ן, סימן ריח): "רַק אַתֶּם תַּחֲזִיקוּ עַצְמְכֶם בְּיַחַד, אָז תִּהְיוּ אַנָשִׁים כְּשֵׁרִים", אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען, וועט איר זיין ערליכע אידן, "וְלֹא כְּשֵׁרִים בִּלְבַד, אֶלָּא אֲפִילּוּ צַדִּיקִים וְטוֹבִים תִּהְיוּ", נישט סתם ערליכע אידן, נאר גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - מיין פרנסה ערמעגליכט מיר נישט צו גיין אין שול דאווענען, וואס טו איך?
תפילה והתבודדות, בית המדרש, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח פאר מיין לעבן, און א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס דער ראש ישיבה געבט מיר כסדר.


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה, איך האב אנגעהויבן א נייע פרנסה לעצטנס, און איך הייב אן ארבעטן זיבן א זייגער אינדערפרי, און איך קען נישט גיין אין שול דריי מאל א טאג, וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, י"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן אין דאווענען די דריי תפילות דריי מאל א טאג מיט מסירת נפש, ווייל שחרית, מנחה און מעריב - דאס איז דער פארעם וואס האלט דעם מענטש ער זאל בלייבן א איד, ער זאל בלייבן צוגעבינדן צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): "די דריי תפילות ווערן אנגערופן מחנה ישראל, דאס שטארקט דעם מענטש צו בלייבן ביים אייבערשטן", און דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", און ער איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן, האט דער אייבערשטער געמאכט א נס, עס זענען געקומען קליינע ווערעמלעך און געלעכערט דעם בארג, ביז דער בארג איז אים אריין געפאלן אויפ'ן האלז און אים דערשטיקט, נאכדעם איז געקומען משה רבינו, ער האט געגעבן א שפרינג און אים דערלאנגט א קלאפ אויף זיין פוס און אים גע'הרג'עט. זאגט דער רבי, עוג מלך הבשן - דאס איז דער יצר הרע וואס ער האט פיינט יעדן איד, ער וויל הרג'נען יעדן איד, ער זוכט אויסצורייסן פון אונז די דריי תפילות און דורכדעם אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל, "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", פרסי איז א לשון פון דאווענען די דריי תפילות, דאס איז מחנה ישראל.


איך בעט דיר זייער זאלסט רעדן צו דיין בעל הבית און אים זאגן אז ער מוז דיר געבן צייט צו גיין דאווענען די דריי תפילות, על פי רוב ווען א בעל הבית זעט אז דער ארבעטער וויל דאווענען - וועט ער אים לאזן, ער וועט זיך פרייען צו זען אז זיין ארבעטער האט יראת שמים. די בעלי בתים זוכן אינגעלייט מיט יראת שמים, ווייל נאר די וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן ארבעטן געטריי, די בא'גנב'ענען נישט; זאלסטו אים קלאר זאגן: "איך בין א איד, פונקט אזוי ווי איך ארבעט נישט שבת, אזוי אויך דארף איך האבן יעדן טאג צייט צו דאווענען", ער וועט דיר זיכער לאזן.


אויב ער וויל דיר נישט געבן צייט צו דאווענען - ווייסטו אליינס וואס דו האסט צו טון; לאז אים זוכן אנדערע עבדים, זאל ער א צווייטן אויסקעוועטשן צום טויט, דו וועסט טרעפן א גרינגערע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - איך הער אסאך רעדן קעגן מוהרא"ש, ווי אזוי דערהאלט איך זיך?
חסידות ברסלב, צדיקים, מוהרא"ש, בית המדרש, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין גאנצע לעבן איז די שיעורים, איך האב אנגעהויבן לעבן נאכדעם וואס איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און לערנען די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע.


איך דריי זיך א סביבה וואו ס'זענען דא אסאך ברסלב'ע אידן, אבער זיי האלטן נישט פון מוהרא"ש און זיי רעדן אסאך קעגן אים, און עס שטערט מיר זייער שטארק. כאטש וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר אז מ'דארף קוקן נאר וואס איך באקום, וואס איך האב אין די האנט, שפיר איך אבער אז איך דארף נאך חיזוק אויף די נושא, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיש נישט צוזאם איינס מיט'ן צווייטן; אז זיי רעדן אנטקעגן צדיקים זענען זיי שוין נישט קיין ברסלב'ע חסידים.


וויסן זאלסטו אז מען קען זיצן אין ברסלב, זיך דרייען אין ברסלב, קענען אלע ברסלב'ע מענטשן, וכו', וכו' - און מען האט נישט קיין שום שייכות מיט ברסלב; כל זמן מען פאלגט נישט דעם רבי'ן איז מען א גרויסער רחמנות, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


איך וואלט דיר גע'עצה'ט אז דו זאלסט ענדערש גיין דאווענען אין א שול וואו מען רעדט נישט אויף אנדערע, אפילו עס איז נישט קיין ברסלב'ע שול, ווי איידער צו זיצן מיט לצים, מניוולים, וואס פאררופן זיך ברסלב'ע; ווייל ווער עס רעדט אויף צדיקי אמת, צדיקים וואס האבן זייער גאנצע לעבן עוסק געווען אין פארשפרייטן דעם אייבערשטן פאר די גאנצע וועלט, איז א סימן אז עפעס טויג נישט מיט אים, זיינע עבירות שרייען ארויס פון אים. מוהרא"ש שרייבט כמה פעמים אז די אלע וואס רעדן אויף אים זענען גרויסע בעלי עבירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערער עזות פנים ווי איינער וואס דעווייגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?


פאלג מיר, דריי זיך נישט דארט מיט לצים וואס רעדן אנטקעגן צדיקים; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח) אז די אלע וואס רעדן אויף צדיקים און ערליכע אידן זיי ווילן באמת רעדן אנטקעגן דעם אייבערשטן, נאר זיי שעמען זיך און האבן מורא אז מען וועט זיי אנשרייען ווען זיי רעדן אנטקעגן די אמונה, דערפאר פארדרייען זיי די ווערטער כאילו זיי רעדן אויף צדיקים. מיט דעם טייטשט דער רבי דעם פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם, וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ"; "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי ווילן באמת רעדן אויפ'ן אייבערשטן, אבער זיי האבן מורא, דעריבער: "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף צדיקי אמת, אבער באמת איז "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - מעג איך עפענען א בית המדרש "היכל הקודש" ביי מיר אינדערהיים?
בית המדרש, היכל הקודש, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, איך בין זיך זייער מחזק און אייבערשטער פרובירט מחזק צו זיין אויך אנדערע.


איך האב חשק צו עפענען א בית המדרש "היכל הקודש" ביי אונז אין שטאט ..., איך וויל וויסן אויב איך האב רשות דאס צו טון, צו עפענען א "היכל הקודש" ביי מיר אין שטוב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ה' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו וואו דו פרעגסט מיר רשות אויב דו מעגסט עפענען א בית המדרש 'היכל הקודש' אין ... יצ"ו.


איך בין נישט בעל הבית אויף היכל הקודש, איך בין סך הכל א גאסט אין היכל הקודש. איך בין א פרישער מקורב וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר א מתנת חינם און מיר מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן.


איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש זכר צדיק לברכה און מיין לעבן האט זיך מיר געטוישט; דאס קען מען נישט מסביר זיין און דאס קען מען נישט אראפשרייבן, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהילים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער הייליגער רבי (שיחות הר"ן, סימן א): "וואס איז דאס 'אֲנִי' - איך ווייס? זאל שטיין: 'כִּי גָּדוֹל ה'' - דער אייבערשטער איז גרויס?!" ענטפערט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, "וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה'", איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, "אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא", איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים. דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ" - כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ, יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


איך בין נישט דער וואס געבט רשות צי מען קען עפענען א בית המדרש 'היכל הקודש'; ווען איך קען ווען אפלאזן מיין אמט פון זיין ראש ישיבה און זיצן אין די זייט וואלט איך דאס געטון. איך בין געקומען קיין ברסלב צו זיצן אין די זייט, צו דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען וכו' וכו'. איך האב זיך אזוי מחי' געווען די ערשטע פאר יאר ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש, איך האב מיט קיינעם נישט גערעדט און מיט קיינעם נישט געהאט, עס האט מיר נישט אינטערעסירט קיין שום נייעס  - אפילו פון היכל הקודש, איך בין בלויז געקומען הערן די חיזוק פון מוהרא"ש און דאס מקיים געווען. דאס זענען געווען זייער געשמאקע יארן וכו', אבער דער אייבערשטער האט אנדערש געוואלט; מוהרא"ש האט מיר געהייסן עפענען א ישיבה און געבן דרשות וכו' וכו' טו איך דאס מיט די גרעסטע שמחה.


שפעטער ווען מען האט ארויס געווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות האב איך נישט געהאט קיין ברירה און איך האב געעפנט די ברסלב'ע חדר, און א יאר שפעטער האט מוהרא"ש מיר געהייסן עפענען א מיידל סקול. עס איז מיר נישט גרינג דאס צו פירן, אבער אז איך האב דאס אנגעהויבן וועל איך דאס ענדיגן און פארגרעסערן מיטן הילף פונעם אייבערשטן. יעדן טאג טראכט איך: 'הלואי ווען איך קען ווען זיצן פאר מיר אזוי ווי אמאל אין מיין ווינקעלע לערנען און דאווענען וכו''; אבער אז דער אייבערשטער וויל אנדערש דארף מען אלעס אוועק לייגן צו טון דעם רצון ה'.


הער אויס די דרשות פון סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו וואס ער האט געזאגט פורים (עס איז געדרוקט אין חידושי תורה, פורים); דער רבי פלעגט טרינקען זיבן כוסות וויין און נאכדעם האט ער געוויינט וכו', ער פלעגט זאגן: "איך בין אזוי מקנא א פשוט'ער איד וואס קומט אין שול יעדן צופרי לערנען און דאווענען; וואס זאל איך טון אז עס איז אויף מיר נגזר געווארן צו זיין באשעפטיגט מיט'ן רבים, אבער אז דאס איז די רצון ה' וועל איך דאס טון וכו'".


אז דו ווילסט עפענען א שול ביי דיר און שטוב דארפסטו נישט קיין רשות, נישט פון מיר און נישט פון קיינעם וכו', דו דארפסט נאר איין זאך זען אכטונג צו געבן, מען זאל רעדן ביי דיר אין שטוב נאר דיבורים פון רבי'ן אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך - אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. ליידער פארדרייט מען דעם קאפ אין ברסלב מיט הבל הבלים, שיחות פון דעם זקן, און פון דעם נאר; שיחות וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. בפרט לעצטנס איז מען פארנומען מיט מחלוקת און קריגערייען, דער שרייט אויף דעם: "דו ביסט נישט ברסלב", און דער שרייט אויף יענעם: "דו ביסט נישט די עכטע ברסלב", בשעת ווען מיר זענען אלע דא נאר געסט און נאך אביסל גייען מיר אלע אהיים; ווי איז דא צייט צו רעדן פון א צווייטן? ווי איז דא צייט צו זיין פארנומען מיט א צווייטן?!


מוהרא"ש זאגט: "אלע שרייען 'מיר זענען די אמת און יענער איז דער שקר', ווער איז טאקע אמת?" זאגט מוהרא"ש אז "אֱמֶת" איז "אֱ-מֶת" - אֶהְיֶּ' מֵּת, איך גיי איין טאג זיין א מֶת, א גוסס און עס וועט פון מיר גארנישט איבערבלייבן, נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס איך כאפ אריין יעדן טאג, נאר דאס ביסל חסד וואס איך טו יעדן טאג; אלע וועלן מיר דארפן ליגן מיט די פוס צום טיר און עס וועט גארנישט נוצן, דעמאלט וועט נישט העלפן די אלע מחלוקת, דעמאלט וועט מען זיין א גרויסער רחמנות. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיר נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר, "אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה", און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן, ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', "אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין דיין ארבעט מיטן בויען א היכל הקודש און מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#1 - וואס טוט א שמש אין שול מיט די פילע גליונות?
בית המדרש, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א שמש אין א שול, עס קומט אן יעדע וואך ביי מיר אין שול דער גליון היכל הקודש, די מתפללים זענען זיך זייער מחי' דערמיט, אזעלכע שיינע חיזוק און עצות און אזוי געשמאק צו ליינען.


מיין פראבלעם איז אבער ווען עס קומט נאך שבת און איך דארף אוועקלייגן די גליונות, עס הויפנט זיך אן יעדע וואך נאך און נאך גליונות און איך ווייס נישט וואס צו טון דערמיט. איך האב געוואלט וויסן אויב די גליונות האבן די זעלבע קדושה ווי א ספר און מען מוז דאס לייגן אין שמות, אדער קען מען דאס אוועקווארפן אויף א בכבוד'דיגע אופן?


יישר כח פאר אייער צייט.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א שמש; א שמש טראגט אויף זיך א גרויסער אחריות, ווייל א שול איז א פלאץ וואו אלע סארטן מענטשן קומען זיך צוזאמען. עס קומען צובראכענע מענטשן, אנגעצויגענע מענטשן וכו' וכו'; בדרך כלל אויף וועמען גיסט מען אויס אלע צרות? אויפן שמש.


אויב דער שמש איז זוכה, ער גרויסט זיך נישט אויף קיינעם, דאן איז ער זייער באליבט ביים אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ה:): "תָּנוּ רַבָּנָן, שְׁלֹשָׁה - הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בּוֹכֶה עֲלֵיהֶן בְּכָל יוֹם", אויף דריי מענטשן וויינט דער אייבערשטער כביכול יעדן טאג, איינער פון זיי איז: "עַל פַּרְנָס הַמִתְגָּאֶה עַל הַצִּבּוּר", אויף איינער וואס גרויסט זיך אויפן צבור; איז דאך זיכער אז ווען עס איז פארקערט, ווען דער פרנס גרויסט זיך נישט אויפן צבור, נאר ער האט רחמנות אויף אלעמען, ער פארגינט יעדן איינעם, ער געבט א גוט ווארט פאר יעדן איינעם, איז ער זיכער זייער חשוב ביים אייבערשטן.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו זיין א שמש אין א שול; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג:): ווען דער ארון איז געווען אין שטוב פון עובד אדום פלעגט ער אויסקערן דעם פלאץ וואו דער ארון איז געלעגן און אויפוואשן ארום דעם ארון, האט אים דער אייבערשטער געבענטשט. אזוי ווי עס שטייט (שמואל-ב ו, יב): "וַיְבָרֶךְ ה' אֶת עֹבֵד אֱדֹם וְאֶת כָּל בֵּיתוֹ", אין דעם זכות וואס ער האט גערייניגט דעם פלאץ וואו דער ארון איז געליגן; איז דאס זעלביגע א שמש וואס איז מסדר א בית המדרש עס זאל זיין ריין און צוזאמגענומען, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו געבענטש ווערן פונעם אייבערשטן.


אלע שול'ן מוטשען זיך מיט שמות לגניזה; סיי צוליב וואס מענטשן ברענגען דארט זייערע צעריסענע ספרים פון שטוב און סיי פון די גליונות וואס קומען ארויס מידי שבת בשבתו, אסאך שול'ן לאזן טאקע נישט אריין קיין שום גליון מיט'ן טענה אז עס מאכט אויפגעווארפן דעם שול און עס בלייבט נאכדעם גאנצע זעק מיט שמות לגניזה. פון די אנדערע זייט זענען דא שול'ן וואס האבן יא הנאה פון דעם, און לגבי שמות נעמען זיי אן די פסק פון די פוסקים וואס האלטן אז מען קען דאס אוועק ווארפן וכו' בדרך כבוד, דאס הייסט מען זאל דאס לייגן אין א זעקל און אזוי אוועק ווארפן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סבלנות; א שמש דארף אסאך סבלנות און אסאך שכל צו וויסן ווי אזוי מען קען זיך אויסקומען מיט אלע מתפללים, ווי אזוי צו קענען נעמען טענות וכו' און נישט צו ווערן באליידיגט.


געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ב): "וְכָל הָעֲמֵלִים עִם הַצִּבּוּר, יִהְיוּ עֲמֵלִים עִמָּהֶם לְשֵׁם שָׁמַיִם", די אלע וואס זענען עוסק מיט מענטשן זאלן אינזין האבן לשם שמים; אויב מען האט אינזין דעם אייבערשטן, איז מען מצליח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.