שאלה אין קורצן ענין
#4 - וועלכע מסכת זאל איך לערנען צווישן פסח און שבועות?
לימוד התורה, פסח, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען דער בריוו וואס איינער פרעגט ווי אזוי מ'קען ווערן קלוג דורכ'ן בלויז זאגן די ווערטער פון די גמרא, האב איך געוואלט זאגן אז פערזענליך האב אמאל נישט געקענט לערנען א שטיקל גמרא, איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי די ווערטער קלעבן איינס צום צווייטן, וואו ס'הויבט זיך אן די קשיא און וואו ס'ענדיגט זיך דער תירוץ, אבער אין זכות פון די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, האב איך גענומען די עצה פון זאגן תורה, איך האב שוין דורכגעזאגט כמעט האלב ש"ס אין בלויז עטליכע חדשים, און היינט צו טאגס לערן איך שוין פאר א שיעור אין גמרא.


באמת איז נאר דא איין מענטש ביי מיין שיעור, דאס בין איך אליין... אבער איך קען ב"ה זעצן די גמרא ווי א מגיד שיעור, און איך פארשטיי גוט וואס איך לערן. פאר פורים האב איך גוט דורכגעלערנט גאנץ מסכת מגילה, און יעצט פאר פסח לערן איך מסכת פסחים, פיר בלאט א טאג, און איך פארשטיי גוט וואס איך לערן, בלויז צוליב וואס איך האב געזאגט אסאך גמרא.


און אויסער דעם האט דאס לערנען מיר געגעבן א נייע חשק און מוט אין לעבן, ס'האט מיר געגעבן א קלארע קאפ און שכל, און ס'האט מיר געמאכט פאר א מענטש.


איך האב טאקע געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך גיי יעצט ענדיגן מסכת פסחים אויף פסח אי"ה, וועלכע מסכתא זאל איך לערנען צווישן פסח און שבועות, און וואס זאל איך לערנען נאך שבועות?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער די כוחות צו מחזק זיין אידישע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה אויפן 'סדר דרך הלימוד' פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); א שאד צו טענה'ן איבער דעם סדר דרך הלימוד ווען אין די צייט וואס מען טענה'ט זיך קען מען זוכה זיין צו ענדיגן נאך בלעטער גמרא און נאך פרקים משניות, עס איז נישט דא קיין צייט צו ענטפערן פאר לצים.


מוהרא"ש פלעגט שטוענדיג חזר'ן דעם פסוק וואס שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ - חָכַמְתָּ לָּךְ", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר, "וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא", און אויב מאכסטו ליצנות - מאכסטו פון דיר אליין ליצנות; ווען איינער מאכט ליצנות פונעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד מאכט ער נישט ליצנות פון רבי'ן, ער מאכט ליצנות פון זיך אליינס. ווייל ווען ער וועט אוועק גיין מזה העולם און דער מלאך וועט אים פרעגן אויבן אין הימל: "עֲרֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ"; "עֲרֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", וועט ער נעבעך בלייבן מיט אן ארויסגעשטעקטן צינג, ווידעראום דער וואס האט יא געפאלגט דעם רבי'ן און געלערנט פלייסיג אויפן סדר דרך הלימוד, ביי אים וועט זיין (משלי לא, כה): "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן", ער וועט לאכן ביים לעצטן טאג.


בנוגע וואס פאר א מסכתא צו לערנען צווישן יום טוב פסח און יום טוב שבועות? מוהרא"ש זאגט אז מען זאל לערנען מסכת סוטה און מסכת שבועות ווייל ביידע מסכתות האבן ניין און פערציג בלעטער אנקעגן די ניין און פערציג טעג פון ספירה; יעדן טאג לערנט מען איין דף גמרא פון ביידע מסכתות און ביידע מסכתות האבן א קשר צו די ספירה טעג. ווייל דער זוהר הקדוש (פרשת אמור, צז.) רופט אן די טעג פון ספירה "טעג וואס כלל ישראל ציילט זיך צו רייניגן צו מתן תורה אזוי ווי א אשה איז זיך מטהר לבעלה" און אז אין די טעג "איז דער אייבערשטער בודק די אידן אזוי ווי מען איז בודק א סוטה פאר איר מאן צו זי איז באגלייבט וכו'", אזוי אויך האט מסכת שבועות א שייכות צו די טעג פון ספירה, ווייל מיר ציילן די טעג צו מתן תורה ווען מיר זענען מקבל די תורה פון בארג סיני וואס דארט האט מען באשוואוירן די אידן מיט שבועות וכו'.


מוהרא"ש אליינס פלעגט זיך אזוי פירן, צו לערנען אין די טעג פון ספירה ביידע מסכתות - סוטה און שבועות, און אזוי האבן זיך געפירט אסאך צדיקים.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך אזוי און נוצט אויס די טעג מיט די ריכטיגע הכנה און מאכט זיך נישט וואוסנדיג פון די וואס לאכן און שפעטן אפ פונעם "סדר דרך הלימוד", ווייל: "לאכן, לאכט דער וואס לאכט צום לעצט"; ווער לאכט באמת? דער וואס לאכט ביים סוף. ווען איינער מאכט אוועק דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד, ער לאכט אפ דערפון און מאכט ליצנות: "עס הייסט נישט געלערנט", ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג וועט מען זיך איבערצייגן ווער עס קען לאכן, ווען מען וועט צוריק גיין צום אייבערשטן אנגעפילט מיט תורה - צענדליגער מאל מסיים געווען ששה סדרי משנה; בבלי; ירושלמי; תוספתא; רמב"ם; טור; שלחן ערוך; זוהר; תיקוני זוהר און אלע מדרשים; דעמאלט וועט זיין א גרויס געלעכטער, ביי יענעם וועט נעבעך מקוים ווערן (רות א, כא): "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי, וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס ער האט נישט אויסגענוצט זיינע יארן, וואס דאן קלאגט די נשמה: "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי", איך בין אראפ געקומען אנגעפילט מיט כל התורה כולה, אבער: "וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", איך גיי צוריק ליידיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צום (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#3 - פארוואס שפיר איך נישט קיין טעם אין גמרא?
לימוד התורה, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר נישט קיין טעם ווען איך זאג גמרא. איז דאס נארמאל, עס קומט אזוי? אדער איז דא עפעס אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה - בפרט לימוד גמרא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם" - זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי; פרעגט מוהרא"ש: "ווי קען מען זאגן אויף תלמוד בבלי, די הייליגע גמרא, אז דאס איז א טונקלקייט, א טויטקייט? נאר חכמינו זכרונם לברכה מיינען צו זאגן פאר א מענטש וואס באקלאגט זיך: 'מיין לעבן איז מיר טונקל, מיין לעבן איז מיר טויט', אז עס איז דא אן עצה פאר אים: נעם די הייליגע גמרא און לערן דאס, 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי' - דער לעבן איז דיר פינסטער? 'כְּמֵתֵי עוֹלָם' - דו שפירסט ווי א טויטער מענטש? עס איז דא פאר דיר אן עצה, 'זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי' - נעם די הייליגע גמרא, דאס וועט דיר מאכן ליכטיג און דיר מאכן לעבן".


אז דו שפירסט נישט קיין טעם ווען דו לערנסט די הייליגע תורה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר עפענען דיינע אויגן און דיין הארץ אז דו זאלסט שפירן דאס זיסקייט און דאס ליכטיגקייט וואס ליגט אין די תורה. בפרט ביי די ברכה פון אהבה רבה האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געזאגט זאל מען מאריך זיין און בעטן דעם אייבערשטן, ווייל מען האט אים אנטפלעקט פון הימל אז די סיבה פארוואס מיר זענען אזוי לאנג אין גלות איז ווייל מען איז נישט מאריך ביי די ברכה (כמובא בתולדות יעקב יוסף פרשת וארא); דעריבער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ביי די ברכה פון אהבת עולם: "וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ, הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל לִיבּ הָאבְּן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל שְׁפִּירְן אַ טַעַם אִין דִי תּוֹרָה, אִיךְ וִויל שְׁפִּירְן דָאס זִיסְקַייט וָואס לִיגְט אִין דִי גְּמָרָא", וועסטו זען אז ביז א קורצע צייט וועסטו זוכה זיין צו שפירן א טעם אין די תורה, דעמאלט וועסטו שוין גארנישט דארפן - נישט די וועלט און נישט יענע וועלט - נאר די תורה אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מעג איך נעמען א זינגער אויפ'ן חתונה וואס איז נישט אזוי ערליך?
חתונה, ניגונים, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך נאכאמאל באדאנקען אויף אלע שיעורים, בריוו, און די ניגונים וואס איך הער א גאנצן טאג, וואס איז מיר זייער מחזק.


איך בין א חתן ב"ה, און גרייט זיך אויף די חתונה בשעה טובה ומצלחת. איך האב געוואלט פרעגן אזוי ווי ס'איז דא א בחור אין מיין ישיבה וואס קען שיין זינגען, און ער איז מסכים צו קומען זינגען אויף מיין חתונה פאר אומזיסט. דער פראבלעם איז אבער אז ער איז נישט אזא ערליכער, ער איז נישט אזא ירא שמים, ער קען רעדן אמאל מיאוס וכו'. און דער רבי האט דאך גערעדט זייער שטארק אז מ'טאר נישט הערן ניגונים פון א מנגן רשע.


אויב וועל איך אבער נעמען א זינגער א ירא שמים, וועט עס מיר קאסטן אפאר טויזנט דאלער. וואס זאל איך ענדערש טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט נעמען דעם בחור צו זינגען ביי דיין חתונה; מיר ווייסן נישט ווער עס איז א מנגן רשע. אפילו די וואס זעען אויס פון אינדרויסן ווי ערליכע אידן ווייסט מען נישט באמת זייער פנימיות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קטז): "מען קען נישט דערקענען א צדיק פון אינדרויסן", און זיכער ווייסן מיר נישט ווער איז דער רשע וואס מען טאר נישט הערן פון אים קיין ניגונים.


דער הייליגער רבי געבט אויף דעם אן עצה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): אז מען לערנט גמרא ביינאכט העלפט דאס פאר'ן מענטש אז עס זאל אים נישט שאדטן די ניגונים פון א מנגן א רשע; ביינאכט מיינט מען צו זאגן ווען עס איז נאכט פאר'ן מענטש, עס גייט איבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, דעמאלט זאל מען אנטלויפן צו די הייליגע תורה, וועט די תורה ראטעווען דעם מענטש עס זאל אים נישט שאדטן די אלע ניגונים.


אז דו גייסט יעצט צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען גמרא יעדן טאג פון דיין לעבן; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא. נעם דעם דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.


עס איז כדאי דו זאלסט זען וואס דער הייליגן זוהר זאגט (פרשת קדושים, פה:) וואס עס ווערט אויבן אין הימל ווען א מענטש זאגט די ווערטער פון די תורה אפילו ער פאשטייט נישט וואס ער זאגט און אפילו ער זאגט דאס מיט טעותים.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט נאכדערציילט פון הרב החסיד ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, אז ער האט געקענט מענטשן וואס האבן נישט געוואוסט פון זייער לעבן צו זאגן פאר זיי זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, זיי זענען געווען פוסטע יונגען, ליידיגע מענטשן, אבער ווען זיי זענען מקורב געווארן צום רבי'ן און האבן אנגעפאנגען צו פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, זיי האבן אנגעפאנגען זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, אסאך בלעטער גמרא און סימנים שולחן ערוך, זענען זיי געווארן שפעטער גרויסע גאונים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#1 - ווי אזוי זאל איך אויסשטעלן מיין סדר אין לערנען?
לימוד התורה, משניות, הלכה, מעביר סדרה, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג משניות און הלכה, איך וויל אבער וויסן ווי אזוי איינצוטיילן מיין צייט. אויב האב איך דריי שעה א טאג צו לערנען, זאל איך לערנען צוויי שעה הלכה און איין שעה משניות, אדער צוויי שעה משניות און איין שעה הלכה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מען קען נישט געבן פאר א מענטש א סדר ווי אזוי אויסצושטעלן דעם טאג ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין; יעדער מענטש איז אנדערש פונעם צווייטן און אפילו ביים זעלבן מענטש טוישט זיך יעדן טאג ביי אים זיין מצב וכו'. דערפאר איז נישט שייך צו געבן א סדר ווי אזוי צו לערנען; מיט דעם אז דו בעטסט וועל איך דיר אויסשטעלן דיינע שיעורים לויט ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל.


א)    זע צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער. אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה וואס דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.) "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים; הגם דער אריז"ל שרייבט אז מען זאל מעביר סדרה זיין פרייטאג - ערב שבת, אבער מען טאר זיך נישט לאזן נארן. מען דארף שטענדיג קוקן אויף זיך און זיך מאכן א חשבון: וואס טו איך? האב איך געעפנט א חומש די וואך? האב איך מעביר סדרה געווען פאריגע וואך? אז מען הייבט אן פון זונטאג, און יעדן טאג לערנט מען אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, איז מען זוכה אז מען ענדיגט יעדע וואך די סדרה און מען איז זוכה צו לעבן מיט די פרשה יעדן טאג.


טו אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (אורח חיים, סימן רפ"ה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם גר"א זכר צדיק לברכה אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט איז מען מעביר סדרה יעדע וואך, און ווען עס קומט סוף יאר איז מען מורא'דיג בשמחה אז מען האט מסיים געווען חמשה חומשי תורה.


ב)    נאכדעם זאלסטו לערנען משניות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצָא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה? בְּמִי שֶּׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה", דער וואס לערנט משניות דער איז זוכה צו מקבל זיין די תורה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואספארא כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש, ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען יעדן טאג משניות וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' - אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער. איך וועל דיר אראפברענגען איינס פון די פילע לשונות אינעם ספר מגיד מישרים, וואו דער בית יוסף שרייבט (משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


ג)      אויך זאלסטו לערנען גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


ד)     וואויל איז דיר אז דו לערנסט הלכה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה אפילו נישט כסדרן וואו מען האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.