שאלה אין קורצן ענין
#2 - ווי אזוי קען איך זיך ארויסדרייען פון זיצן אין כולל נאך די חתונה?
לימוד התורה, הדרכות, היטן די צייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע דרשות וואס האט מיר ממש געראטעוועט דאס לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כוחות אויף ווייטער.


איך בין א חתן וואס האלט פאר די חתונה, די שמחה איז גרויס אז איך גיי אנהויבן א נייע לעבן ווי א מענטש, אבער איין זאך קרענקט מיר, דאס איז ווען איך טראכט פון כולל. מען האט זיך אויסגענומען אז איך גיי לערנען אין כולל פאר פינף יאר, איך קען טאקע לערנען און איך האב ליב צו לערנען, איך קען גוט גרויסע חלקים אין ש"ס און אין הלכות שבת, נאכאלץ שטערט מיר זייער אז איך גיי דארפן קוועטשן די באנק אין כולל פאר אזוי לאנג, נאכדערצו ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א לייגט עס אראפ אז ס'קומט אויס קוים 5 טעג א חודש וואס מ'לערנט טאקע מיט א חברותא. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה ווי אזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט דעם כולל פראבלעם.


יישר כח, שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן שלמה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי געבט אונז לעבן, שכל ווי אזוי צו לעבן און כח מיר זאלן זיך נישט פארלירן אין די שווערסטע צייטן.


בנוגע צי דו זאלסט לערנען אין כולל וכו'; זיי מיר מוחל אבער איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. פון איין זייט שרייבסטו אז דו קענסט לערנען און דו האסט ליב צו לערנען, דו האסט שוין געלערנט א גרויס חלק פון ש"ס, אויך האסטו שוין דורכגעלערנט הלכות שבת, פון די אנדערע זייט שרייבסטו אז דו ווילסט נישט לערנען? דערפאר ווייס איך נישט וואס צו טראכטן.


איין זאך קען איך דיר זאגן: "גיין ליידיג טאר מען נישט"; נישט קיין חילוק צי מען האט זיך אויסגענומען צי לערנען איין טאג צי מען האט זיך אויסגענומען אז מען גייט לערנען פינף יאר. אויב איז אזוי ווי דו זאגסט - אז דו לערנסט, וואלט איך דיר געזאגט זאלסט גיין אין כולל לערנען, טראכט נישט פון דעם קומענדיגן יאר, טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רעב) אויפן פסוק (תהלים צה, ז): הַיּוֹם אִם בְּקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ – "זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם שֶׁלֹּא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם, הֵן בְּעֵסֶק פַּרְנָסָה וְהִצְטָרְכוּתוֹ, צָרִיךְ שֶׁלֹּא יַחֲשֹׁב מִיּוֹם לַחֲבֵרוֹ כַּמּוּבָא בַּסְּפָרִים, וְכֵן בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ לֹא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה", ווען א מענטש וויל אנהייבן עפעס צו טון סיי ברוחניות און סיי בגשמיות דארף ער נעמען דעם כלל פאר זיך – 'צו קוקן נאר אויפן היינטיגן טאג'; "כִּי כְּשֶׁרוֹצִין לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה' נִדְמֶה לְהָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַשָּׂא כָּבֵד, וְאִי אֶפְשָׁר לוֹ לִשָּׂא מַשָּׂא כָּבֵד כָּזוֹ", ווייל ווען מען וויל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן דאכט זיך פארן מענטש אז ער נעמט אויף זיך א שווערע לאסט, און דאס ברענגט דעם מענטש צו טראכטן אז מען קען נישט נעמען די עבודה, "אֲבָל כְּשֶׁיַּחֲשֹׁב שֶׁאֵין לוֹ רַק אוֹתוֹ הַיּוֹם, לֹא יִהְיֶה לוֹ מַשָּׂא כְּלָל", אבער אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג איז עס בכלל נישט שווער, "וְגַם שֶׁלֹּא יִדְחֶה אֶת עַצְמוֹ מִיּוֹם לְיוֹם לֵאמֹר מָחָר אַתְחִיל, מָחָר אֶתְפַּלֵּל בְּכַוָּנָה וּבְכֹחַ כָּרָאוּי, וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה בִּשְׁאָר הָעֲבוֹדוֹת, כִּי אֵין לְאָדָם בְּעוֹלָמוֹ כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה שֶׁעוֹמֵד בּוֹ, כִּי יוֹם הַמָּחֳרָת הוּא עוֹלָם אַחֵר לְגַמְרֵי", אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג וועט מען דאס נישט אפשטופן אויף מארגן און מען וועט נישט זאגן: "מארגן וועל איך גיין דאווענען", "מארגן וועל איך אנהייבן וכו'", ווייל איך האב דאך נאר דעם היינטיגן טאג. מיט דעם טייטשט דער רבי: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", 'הַיּוֹם' דַּיְקָא, וְהָבֵן, עיין שם.


טייערער חתן, גיי צו דיין חתונה מיט די הקדמה פון רבי'ן, אז: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ, 'הַיּוֹם' דַּיְקָא", איך האב נאר איין טאג - דעם היינטיגן טאג, דורכדעם וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


אז דו האסט די מעגליכקייט צו לערנען און דו האסט ליב צו לערנען זאלסטו זיכער בלייבן לערנען; אבער אויב דו לערנסט נישט, דו קענסט טאקע לערנען און דו פארשטייסט גאר גוט לערנען אבער למעשה גייסטו ליידיג, דו זעסט זיך בטל'ן צייט, עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך אן עפענען א ספר, זאלסטו זיך גלייך טרעפן א פרנסה כדי דו זאלסט נישט אריין פאלן אין שלעכטע זאכן, ווייל גיין ליידיג איז די ערגסטע זאך. די הייליגע חכמים זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", גיין ליידיג ברענגט צו עבירות און צו דעפרעשן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - פארוואס ציעט מיר מער צו ליינען צייטונגען אין מיין איבריג צייט, ווי צו לערנען תורה?
לימוד התורה, חינוך הילדים, מלמדים, היטן די צייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אלס מלמד א גאנץ יאר, און ווען ס'קומט חול המועד האב איך אביסל וואקאציע, עס ציעט מיר זיך אביסל אויסצורוען און ליינען צייטונגען און מאגאזינען, פארשטייט זיך נאר כשר'ע, אבער עס ציעט מיר נישט צו לערנען, מיין ווייב מוטשעט מיר איך זאל גיין לערנען כאטש פאר צוויי שעה א טאג, ווי אזוי קען איך מאכן אז ס'זאל מיר ציען צו לערנען?


יישר כח.


מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) דארף מען שוין נישט קיין עצות פון קיינעם צו באקומען א געפיל צו לערנען ווייל עס הייבט אן ציען צום לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צז, ג): אויפן פסוק (בראשית מח, טז): "וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ", יעקב אבינו האט געבענטשט יוסף ער זאל זיין ווי די פיש וואס לעבן אין וואסער, זייער גאנצע עקזיסטענץ איז וואסער, מיט דעם אלעם, ווען עס הייבט אן רעגענען שווימען זיי אלע ארויף און ווילן כאפן א פרישע טראפ פון די רעגן וואסער. אזוי אויך זענען די אידן, זייער גאנצע לעבן איז נאר תורה, מיט דעם אלעם ציט זיי יעדן טאג צו לערנען נאך און נאך תורה.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר, ווייל ווען דו וואלסט ווען גענומען דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" וואלסטו געהאט סיי דער וועלט און יענער וועלט; מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס וויל דאס נישט טועם זיין. "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב (תהלים לד, ט):" - נעם א משניות און הייב אן זאגן פרק נאך פרק, א מסכת נאך א מסכת, דו וועסטו שפירן עפעס וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געשפירט, מען הייבט אן שפירן א טעם אין לעבן, עס הייבט אן ציען דעם מענטש צו נאך און נאך תורה, בפרט אז מען לערנט אסאך משניות, דאס האט אין זיך א כח אז עס ברענגט אריין א גליסטעניש צו לערנען די גאנצע תורה.


וואס וועסטו האבן פון ליינען צייטונגען? דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק ליצנות און איין גרויסער בלאף; די ציל פון א צייטונג איז נאר צו ווייזן (צפניה ב, טו): "אֲנִי וְאַפְסִי עוֹד", איך, איך און נאכאמאל איך, און עולם גולם שטייט און ליינט דאס בשעת מען כאפט נישט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך און מען האט גארנישט דערפון, דאס איז חוץ דעם וואס עס נעמט אוועק דאס יראת שמים פונעם מענטש.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין טאטע שליט"א האט קיינמאל נישט געלאזט אריין ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג; שבת האב איך געזען מיין טאטע שליט"א נאר לערנען און פארברענגען מיט די קינדער, איך האב נישט געוואוסט בכלל אז עס איז דא צייטונגען ביז איך בין געפארן לערנען אין ישיבה.


בפרט אז דו ביסט א מלמד א גאנץ יאר דארפסטו דאך אכטונג געבן וואס דו ליינסט; וויי פאר די קינדער וואס זייער מלמד איז אנגעליינט מיט ליצנות פון צייטונגען, דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק שקר, לשון הרע, רכילות, ליצנות, דברים בטלים און דברים של מה בכך וכו' וכו'; אודאי לייגן זיי אריין דברי תורה, ווייל אזוי קען מען פארנארן אידישע קינדער. מען לייגט טאקע אריין שיינע מוסר השכל מיט כלומר'ישע מוסר וחסידות, אבער ווער זענען די שרייבערס? פיסטע יונגען וכו' וכו'. ווען דו וואלסט געוואוסט ווער די שרייבערס זענען, וואלסטו געשריגן: "געוואלד! די לצים פירן כלל ישראל!" עס זיצן פוסטע יונגען, זיי דארפן אנפילן א צייטונג מיט הונדערטער בלעטער, שטייען זיי און מאכן ליצנות פון כלל ישראל, ליצי ליצנות און עולם גולם קויפט עס; קיינער ווייסט נישט פארוואס, קיינער טראכט שוין נישט אליינס, נאר וואס דער שרייבער שרייבט - דאס איז דער שכל הישר.


וואס האבן די שרייבערס געטון פארן שרייבן זייער ארטיקל - געלערנט אור החיים הקדוש? געזאגט תהלים? זיי זענען געזעצן און געליינט רחמנא לצלן זאכן וואס א איד טאר נישט ליינען, דאס ליינסטו? און דאס גייסטו איבערגעבן פאר ריינע קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא?!


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט א קלוגע ווייב וואס וויל אויפשטעלן מיט דיר אן ערליכער שטוב, זי וויל דו זאלסט אביסל לערנען, זי וויל אז די קינדער זאלן אויפוואקסן אין א שטוב וואו דער טאטע לערנט. אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" קען מען לערנען אין שטוב; מען דארף נישט קיין חברותא, נאר מען זיצט אין שטוב און מען לערנט אויפן קול. די ווענט ווערן אנגעזאפט מיט די זיסע גמרא ניגון, די ווענט שרייען ארויס 'דא וואוינט אן ערליכער איד', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית יא.): "בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם וְקוֹרוֹת בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם מְעִידִים בּוֹ", די ווענט פונעם שטוב זאגן עדות וואס עס טוט זיך אין שטוב; די דאך שרייט ארויס וואס דא טוט זיך, אזוי ווי עס שטייט (חבקוק ב, יא): "כִּי אֶבֶן מִקִּיר תִּזְעָק, וְכָפִיס מֵעֵץ יַעֲנֶנָּה", די קינדער וואקסן אויף מיט א טאטע וואס לערנט, די מאן ווערט חשוב אין זיין ווייבס אויגן און אלעס טוישט זיך צום גוטן.


ווער עס לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" דער לערנט יעדן טאג; ביי אים איז נישט קיין חילוק צי עס איז חול המועד צו ערב יום טוב, צי עס איז פורים צי ווען אימער, יעדער לערנט זיך זיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג, אבער אז מען וויל נישט איינבייגן דעם קאפ פארן רבי'ן, מען וויל נישט לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד", דעמאלט האט מען יעדן טאג אן אנדערער תירוץ; היינט איז חול המועד, מארגן איז יום טוב, נאכדעם דארף מען אוועק פאקן דעם יום טוב וכו', נאכדעם האב איך א שמחה, נאכדעם האט מיין חבר א שמחה וכו' וכו' און דערווייל גייט אריבער כמה וכמה שנים אן קיין תורה.


פאלג דעם רבי'ן, נעם א משניות און הייב אן מסכת ברכות, גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אויפן קול אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, אזוי זאלסטו טון ביז דו וועסט ענדיגן א מסכת, נאכדעם גיי נישט איבער די מסכת, נאר גיי צום קומענדיגן מסכת ביז דו וועסט ענדיגן א סדר, ווען דו ענדיגסט א סדר זאלסטו ווייטער זאגן פרקים ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה, נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאך אמאל משניות וכו' וכו', אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן.


אזוי זאלסטו אויך טון מיט גמרא; הייב אן ש"ס, נעם א מסכת ברכות און הייב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא. היינט זענען דא גמרות מנוקד, אפילו איינער וואס קען נישט קיין עברי קען אויך זוכה זיין צו לערנען די הייליגע גמרא; זאג א דף נאך א דף ביז דו וועסט ענדיגן דעם גאנצע מסכת, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין כסדרן ביז דו וועסט ענדיגן ש"ס.


וואס זאל איך דיר זאגן, איינמאל דו וועסט טועם זיין דעם "סדר דרך הלימוד" וועסטו שוין נישט דארפן קיינעם אויפן וועלט, דו וועסט נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענע וועלט. אזוי ווי דער רבי האט איינעם גע'מוסר'ט (שיחות הר"ן, סימן יז): "מַדּוּעַ לֹא תִּלְמַד? מַה תַּפְסִיד בָּזֶה הֲלֹא תְּקַבֵּל עוֹלָם הַבָּא עַל הַלִּמּוּד?!", פארוואס לערנסטו נישט? דו וועסט דאך באקומען עולם הבא פאר דיין לערנען? נאכדעם האט אים דער רבי געזאגט: "וְאֵין צָרִיךְ לוֹמַר, כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד, אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא, רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", און איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו שפירן א ליבשאפט צו די תורה, וועסטו שוין נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענער וועלט, דו וועסט נאר וועלן לערנען נאך און נאך.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט אנגעהויבן לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן.