שאלה אין קורצן ענין
#1282 - ווי אזוי האלט מען אן דאס ברען וואס מ'האט אמאל געהאט?
חינוך הילדים, קדושה, חסידות, התבודדות, התחדשות, עבודת השם, מלמדים, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל מוז איך זיך זייער באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים און עצות אין לעבן, וואס העלפט מיר אזויפיל, און ס'ברענגט מיר אריין א האפענונג און סיפוק אין לעבן.


איך וועל פרעגן עטליכע זאכן. ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האט עס מיר גאר שטארק אנגעצינדען א גרויסע התלהבות, און איך האב אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן מיט א געוואלדיגע ברען, איך האב געשפירט אז איך האב ענדליך געטראפן איינעם וואס פארשטייט מיר און רעדט צו מיין הארץ, און ס'האט מיר שטארק געטוישט דאס לעבן צום גוטן; אבער ווי לענגער עס גייט דורך מער צייט, ווערט ביי מיר אפגעקילט דאס ברען וואס איך האב געהאט אנפאנג, און מיט דעם ווערט אויך ווייניגער דאס מקיים זיין וואס איך הער, וויל איך האבן אן עצה וואס צו טון איבער דעם.


צווייטנס, דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך ווי אזוי מ'דארף לעבן אינדערהיים, און דאס האט מיר גאר אסאך געהאלפן, אבער פון די אנדערע זייט בין איך אויפגעוואקסן מיט אנדערע סארט הדרכות, ביי אונז האט מען אסאך גערעדט קעגן תאוות וכו'. דארף איך אפלאזן מיין ביז יעצטיגע וועג, אדער איז דא א מיטלוועג אין דעם.


דריטנס, איך בין א מלמד, איך לערן מיט קינדער, און לעצטנס האב איך זיי אנגעהויבן אויסלערנען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, איך שפיר אבער אז איך קען נישט האלטן די קינדער אין די ראמען נאר מיט שרייען און אנשרעקן, איך האב נישט קיין אנדערע וועג זיי צו האלטן אויפ'ן פלאץ; דארף איך אפלאזן דאס מלמדות, אדער איז דא א וועג זיך צו טוישן?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עצות און חיזוק אויף די זאכן, און איך האף צו זען דעם ראש ישיבה שליט"א בקרוב דא אין ארץ ישראל.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


אויף די ערשטע פראגע, אין אנהייב האסטו געשפירט מער חשק און התלהבות, דו ווייסט נישט וואס גייט פאר אז דו פארלירסט די ברען און חשק.


וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, "רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודת השם, און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפגיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפ געפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר צו קענען גיין העכער און העכער.


די צווייטע פראגע, עס זעט דיר אויס א סתירה די ווערטער וואס דו הערסט דא ביים רבי'ן מיט די וועג ווי אזוי דו ביסט אויפגעוואקסן, דו ביסט אויפגעוואקסן אז אלעס איז תאוות, אלעס איז גשמיות, מען דארף זיך אפרייסן וכו' וכו'; וואס איך שייך צו זאגן תאוות? דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "וואס איז שייך צו זאגן תאוות? עסן דארף מען - מען זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, שלאפן דארף מען - מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן און חתונה האבן דארף מען - צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך צו זאגן אויף די אלע זאכן תאוות".


בלייב ביי דיין פלאץ, מאך נישט קיין מחלוקת; נעם דעם רבי'ן פאר חיזוק, לערן דעם רבינ'ס ספרים וועט זיך דיר עפענען דיין מח, דו וועסט קוקן אנדערש אויף די וועלט.


ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט דעם רבינ'ס קול - הייבט מען אן שפירן ווי מען איז ארום גענומען מיט אייבערשטער, מען הייבט אן שפירן א זיסקייט אין לעבן, מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; וואס מען דארף - בעט מען אים, וואס מען וויל רעדט מען צו אים; מען דאנקט און מען לויבט אים, די ווייב און קינדער ווערן א חלק אין עבודת השם.


גלייב מיר, עס איז דא אסאך צו שרייבן אין דעם ענין; א שאד מען רעדט נישט פון דעם צו בני הנעורים, וואלטן אלע זיך געצויגן צום אמת. רוב פאלן אוועק ווייל זיי האבן נישט קיין כח זיך צו רייסן מיט די לעבן, מען רעדט נאר פון זיך אפשיידן, פון זיך אפטיילן; דער רבי רעדט אנדערע ווערטער, דער רבי רעדט אזוי שטארק פונעם אייבערשטן - אז עס ווערט אזוי ליכטיג, עס ווערט אזוי זיס; גשמיות ווערט רוחניות, אלעס ווערט אלוקות.


די דריטע פראגע, אויב דו זאלסט אפלאזן די מלמדות, דו שפירסט ווי אן שרייען גייט עס נישט; איך מיין דו זאלסט ענדערש אפלאזן די שרייען, שרייען איז א זאך וואס העלפט נישט, שרייען קומט פון פארלוירנקייט, פון נישט געהעריג שלאפן, פון נישט געהעריג עסן, און עס העלפט נישט.


איך בין געווען א מלמד, איך בין געווען פארלוירן, איך האב געהאט קינדער וואס איך האב נישט געטראפן די וועג זיך צו מחבר זיין מיט זיי; זיי האבן נישט געוואלט פאלגן און איך האב נישט געהאט א וועג מיט זיי ווי צו קענען זיין א גוטער מלמד זיי זאלן פאלגן, וואס האב איך געטון? איך פלעג גיין אינדערפרי פארטאגס התבודדות, איך האב געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן אן עצה ווי אזוי צו קענען לערנען מיט זיי; איך האב דערציילט דעם אייבערשטן יעדן קינד ווי אזוי ער איז אין כיתה, אלעס אלעס דערציילט, און ביז א קורצע צייט זענען די קינדער געווארן די חשוב'סטע קינדער; טו דאס וועסטו האבן הצלחה.

#1281 - איך פיל זיך ווערטלאז, ווי אזוי שטארק איך זיך?
התחזקות, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך הער נישט אויף צו פאלן, איך קען נישט עפענען מיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן, איך פיל אז איך בין גארנישט ווערד, איך שעם זיך זייער שטארק ווי אזוי איך זע אויס, איך באשולדיג מיך זייער שטארק, און איך ווייס אז איך בין טאקע שולדיג, אבער עס איז שרעקליך שווער זיך ארויסצוזען פון מיין מצב מיט אזעלכע געפילן.


ווען איך פרוביר צו טראכטן פון די גוטע זאכן וואס איך טו, אזוי ווי לערנען א בלאט גמרא אדער מעביר סדרה זיין, גלייב איך נישט עכט אז עס איז עפעס ווערד, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, הארציגער חבר; דאס וואס דו גייסט אריבער - דאס גייען אלע אריבער, אלע שפירן דאס וואס דו שפירסט. דאס איז דאך אונזער עבודה אויף די וועלט, זיך צו שטארקן אויף די אלע מלחמות.


דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש ווייל ער וויל ארויסנעמען פון אים תענוגים און שעשועים וואס מען קען נישט האבן פון מלאכים. מלאכים האבן נישט קיין יצר הרע, זיי האבן נישט קיין דאגות פרנסה, זיי זענען א שטיק פייער, זיי זענען זייער הייליג; דאך האט דער אייבערשטער באשאפן דעם קליינעם מענטש'ל מיט א ברענעדיגע יצר הרע וואס ווארפט אים אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, דער אייבערשטער וויל זען ווי דער מענטש שטעלט זיך אויף און קומט נאכאמאל צוריק, ער פרובירט וואס ער קען.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ז): "כִּי מִי שֶׁיּוֹדֵעַ קְצָת בִּידִיעָתוֹ יִתְבָּרַךְ", ווער עס ווייסט אביסל וואס איז חשוב ביים אייבערשטן, "הוּא יוֹדֵעַ שֶׁעִקָּר הַתַּעֲנוּגִים וְהַשַּׁעֲשׁוּעִים שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא רַק שֶׁאֲנַחְנוּ מֵעוֹלָם הַזֶּה הַשָּׁפָל נְגַדֵּל וּנְקַדֵּשׁ שְׁמוֹ יִתְבָּרַךְ", דער ווייסט אז דער עיקר תענוג ביים אייבערשטן איז ווען מיר אידן פון אזא נידריגע וועלט זאלן אים דינען, "וְזֶהוּ עִקָּר הַתַּעֲנוּגִים וְהַשַּׁעֲשׁוּעִים שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס איז די גרעסטע תענוג און זיסקייט ביים אייבערשטן, אז מיר זאלן אים דינען; אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען (מוסף ליום כיפור): "וְאָבִיתָ תְהִלָּה מִגּוּשֵׁי עָפָר מִקְּרוּצֵי חֹמֶר", דער אייבערשטער ווערט געלויבט דורך שטיקער בלאטע וכו', "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יֵשׁ לוֹ שְׂרָפִים וְחַיּוֹת וְאוֹפַנִּים וְעוֹלָמוֹת עֶלְיוֹנִים שֶׁהֵם עוֹבְדִים אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", דער אייבערשטער האט דאך ברענעדיגע מלאכים, מלאכים וואס הייסן חיות, מלאכים וואס הייסן וועגענער, אזויפיל וועלטן וואס דינען דעם אייבערשטן, "וְאַף עַל פִּי כֵן עִקָּר הַתַּעֲנוּג וְהַשַּׁעֲשׁוּעַ שֶׁלּוֹ כְּשֶׁעוֹלָה לְמַעְלָה הָעֲבוֹדָה שֶׁל עוֹלָם הַשָּׁפָל הַזֶּה", דאך האט דער אייבערשטער מער הנאה פון מיר וואס מיר זענען דא אין די וועלט.


טייערער ברודער זיי שטארק, לאז נישט אפ דיינע גוטע מעשים. דו שרייבסט: 'איך שפיר ווי איך בין גארנישט ווערד'; דאס דארף דיר נישט צעברעכן, ווייל אויב ביסטו טאקע גארנישט ווערד - איז דאך יעדע קלייניקייט וואס דו טוסט זייער חשוב ביים אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה טוט עפעס גוטס - איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, אסאך מער פון די וואס זענען נישט אזוי ווייט.


דער צדיק קוקט אנדערש ווי מיר קוקן, דער צדיק זוכט אין יעדן איינעם דאס גוטס; ער טרעפט גוטס אין יעדן איינעם, אפילו אין די ערגסטע מענטשן. דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תחומין הלכה ו, אות ו): "אֲפִלּוּ אִם אֵין מוֹצְאִין בּוֹ כִּי אִם זְכוּת אֶחָד מִנִּי אֶלֶף", אפילו דער צדיק טרעפט נאר אינעם מענטש א טויזנטסט'ל, א פינטעלע גוטס, "וַאֲפִלּוּ אִם יֵשׁ בְּאוֹתוֹ הַמִּצְוָה וְהַזְּכוּת עַצְמוֹ רֻבּוֹ פְּסֹלֶת וְאֵין בּוֹ כִּי אִם אֵיזֶה נְקֻדָּה טוֹבוֹת אֶחָד מֵאֶלֶף בְּאוֹתוֹ זְכוּת עַצְמוֹ", און אפילו אין דעם פינטל אליינס, אין דעם טויזנטסט'ל גוטס וואס דער צדיק האט געטראפן, איז אויך אנגעפילט מיט שלעכטס - מאכט דער צדיק א גאנצע עסק פון דעם און דריידט איבער דעם מענטש ער זאל ווערן א גרויסער צדיק, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבת לב.): "אֲפִלּוּ אִם בְּאוֹתוֹ הַמַּלְאָךְ עַצְמוֹ תְּשַׁע מֵאוֹת תִּשְׁעִים וְתִשְׁעָה חֲלָקִים לְחוֹבָה וְאֶחָד לִזְכוּת, נִצּוֹל גַּם כֵּן", אפילו אינעם מלאך המליץ וואס איז נאר א טויזנטסט'ל, איז אויך דא אין אים אליינס ניין הונדערט ניין און ניינציג סברות צו זאגן שלעכטס אויפ'ן מענטש - ווערט דער מענטש געראטעוועט; זאגט רבי נתן (שם): "צַדִּיק כַּתָּמָר יִפְרָח (תהלים צב, יג)", דער צדיק ווערט אנגערופן תמר, תמר איז א לשון פון תמורה-אויפטוישן, דער צדיק טוישט אויף, ער מאכט פון שלעכט - גוט, ער דריידט איבער אלע מקטריגים - זיי זאלן ווערן מליצים.


חוץ פון דעם, איז דאס נישט אמת; דו ביסט יא ווערד, ביים אייבערשטן ביסטו זייער ווערד; דער אייבערשטער האט דיר זייער ליב, דער אייבערשטער ווארפט נישט קיינעם אוועק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה", דער אייבערשטער ווארפט קיינעם נישט אוועק, "אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל", ער נעמט אן יעדן איינעם, "הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה", די טירן זענען שטענדיג אפן.


איך בעט דיר זייער, האלט זיך אן אין די הייליגע תורה; עפן די הייליגע גמרא, די הייליגע גמרא וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע און העכסטע פלאץ. קוק נישט אויף די שלעכטע מחשבות וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט אריין אין דיר, אז דיין תורה איז גארנישט ווערד; שקר וכזב! די תורה איז יא ווערד, יעדעס ווארט גמרא וואס מען לערנט איז ווערד. די קליפות ציטערן פון די תורה, בפרט פון גמרא, ווייל ווען א איד לערנט א בלאט גמרא פארברענט ער אלע קליפות (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד).


אז דו קענסט נישט עפענען דיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן, זאלסטו פון דעם אליינס מאכן א תפילה און א געבעט, זאג: "רבונו של עולם, עפן מיר מיין מויל; איך וויל רעדן צו דיר, איך קען נישט רעדן צו דיר; העלף מיר אייבערשטער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל נישט טון קיין שלעכטע זאכן; וואס זאל איך טון, איך הער נישט אויף צו פאלן! וואס זאל איך טון, איך הער נישט אויף זינדיגן! איך זינדיג אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה וואס דאס פארדרייט מיר מיין מח מחשבה, עס מאכט מיר טראכטן אז איך בין שוין פארפאלן.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף מיינע נסיונות, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, מיט שמחה וועל איך זיך קענען מתגבר זיין אויף די נארישע יצר הרע"; אזוי זאלטסו בעטן, און אז דו קענסט נישט בעטן זאלסטו בעטן נאר אויף דעם פרט, אז דו זאלסט קענען רעדן צום איבערשטן.


איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר זיין פאר חיזוק, דו וועסט אנהייבן נאכאמאל פונדאסניי מיט שמחה דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1280 - ביי וועמען זאל איך קויפן נייע מזוזות?
חסידות ברסלב, מזוזה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף יעצט קויפן נייע מזוזות, אויב וויל איך באשטעלן ביים היימישן ברסלב'ער סופר, וועל איך דארפן ווייטער ביז'ן קומענדיגן ווינטער. איך קען יעצט קויפן ביי א צווייטן סופר וואס ער האט מזוזות פון ארץ ישראל, אבער איך קען נישט נאכגיין פון וואו ער האט עס באקומען, ער זאגט אבער אז עס קומט פון ערליכע סופרים. קען איך אים גלויבן און קויפן די מזוזות ביי אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו דארפסט נייע מזוזות, די אלטע זענען נישט כשר - וואס איז די שאלה בכלל? גיי קויף מזוזות ביי אן ערליכן סופר; יעדע רגע וואס מען האט נישט קיין מזוזה האט מען מבטל געווען א מצוה פון די תורה.


וועגן א חומרה ווילסטו מבטל זיין א מצוה?! זייער פיין און וואויל צו נעמען מזוזות ביי א ברסלב'ער סופר, אבער בלייבן אן א מזוזה ווייל דער ברסלב'ער סופר האט נישט קיין מזוזות?! דאס איז וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמז) אז מענטשן וועגן חומרות זענען זיי אלעס מבטל.


לאז אפ דעם סופר; אז ער האט נישט קיין מזוזות גיי קויף מזוזות. קויף טייערע מזוזות, מהודר'דיגע מזוזות; זיי נישט ווי דער ברסלב'ער חסיד וואס האט נישט געשיקט די קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען די קינדער אוועקגעפאלן פון אידישקייט.


בזכות מזוזה זאלסטו ווערן אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.

#1279 - ווי אזוי שטארק איך זיך צו האבן נאר א כשר'ע טעלעפאן?
שידוכים, קדושה, טעלעפאן, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט דעם שיעור פון דעם זונטאג, און דאס האט מיר זייער מחזק געווען צו האבן נאר א כשר'ע גוט געפילטערטע טעלעפאן. איך האב ביז יעצט אויך געהאט מיין טעלעפאן טיילווייז געפילטערט, אבער יעצט וויל איך קויפן א גענצליך כשר'ע טעלעפאן.


איך וויל דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מחזק זיין אויף דעם, ווייל איך ווייס נישט אויב איך וועל זיך קענען דערהאלטן.


אויך וויל איך בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א צו מתפלל זיין פאר מיר איך זאל שוין טרעפן מיין באשערטע שידוך בקרוב ובניקל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק, זיי קלוג און זיי פאלגעדיג; קויף דיר נישט קיין טעלעפאן וואס מען קען זען אין דעם עבירות.


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, מיר האבן אין אונזער דור די שרעקליכע נסיון פון האבן מיט זיך די כלים אויף וואס מען קען זען עבירות מסוף העולם ועד סופו; די כלים האבן שוין אויסגעריסן טויזנטער אידישע בחורים און מיידלעך פון די הייליגע תורה. אז מען קוקט עבירות פארלירט מען אלעס, מען פארלירט די אמונה הקדושה און אז מען האט נישט קיין אמונה - האט מען שוין גארנישט, דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין עבירות און פארלירן די אמונה און יראת שמים רחמנא לצלן.


איך האף דו וועסט אננעמען די פאר ווערטער וואס איך שרייב דיר פון הארץ, זאלסט נישט נעמען קיין טעלעפאן וואס מען קען זען אויף דעם עבירות; אויפ'ן מינוט וועט דיר עס אפשר נישט זיין אזוי באקוועם, אבער דיין לעבן וועט דיר זיין מער באקוועם, דיין עתיד וועט דיר זיין מער באקוועם; דו וועסט זיך נישט אזוי מוטשען אין לעבן.


די כלים איז א וועג ווי אזוי צו טראגן מענטשן צום טויט; דער סמ"ך מ"ם האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך - גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, דער בחור קויפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, דעמאלט דארף ער שוין נישט גיין אין ערגעץ; ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט דארט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף די וועלט רחמנא לצלן.


בעט דעם אייבערשטן אויף דעם, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר; דערצייל דעם אייבערשטן אין דיין שפראך ווי שטארק עס ציט דיר צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען אין דעם וכו' וכו', בעט אים ער זאל דיר געבן כח עומד צו זיין בנסיון.


אין דעם זכות וואס דו וועסט זיך היטן דיינע אויגן וועסטו באקומען א גוטע שידוך; א שידוך מיט טעם, א שידוך מיט חן; אויב מען היט נישט די אויגן קען מען נישט האבן קיין שלום בית. דער הייליגער צדיק רבי יהודה החסיד דערציילט (ספר חסידים, סימן שפז): "אָדָם אֶחָד הִתְעַנָּה כַּמָּה יָמִים שֶׁיַּזְמִין לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אִשָּׁה שֶׁהוּא אוֹהֵב", א מענטש האט אסאך געפאסט אז ער וויל חתונה האבן מיט א פרוי וואס ער האט ליב, אויך האט ער געבטן דעם אייבערשטן אויף די שידוך, "וְלֹא נִתְקַיֵּם תַּעֲנִיתוֹ וּתְפִלָּתוֹ", און דער אייבערשטער האט נישט אנגענומען זיין געבעט מיט זיינע תעניתים, איז ער געקומען מיט טענות צום צדיק: "פארוואס האט מיר דער אייבערשטער נישט געגעבן די שידוך, איך האב אזויפיל געבעטן!" האט אים דער צדיק געזאגט: "אפשר איז דאס נישט דיין באשערטע זיווג?" דער מענטש האט זיך פארט נישט געוואלט בארואיגן, ער האט גע'טענה'ט: איך האב דאך אזויפיל געבעטן, איך האב אזויפיל געוויינט און געפאסט, דער אייבערשטער וואלט ווען געדארפט טוישן די גזירה און מיר אנשרייבן די שידוך וואס איך האב ליב, "אָמַר הַחָכָם: 'מִפְּנֵי שֶׁאַתָּה צוֹפֶה בַּנָּשִׁים'", האט אים דער צדיק געענטפערט, ווייל דו קוקסט אויף פרויען, דעריבער האט דער אייבערשטער דיר נישט נאכגעגעבן דיין געבעט, "זֶה הַצַּעַר הַבָּא עָלֶיךָ בִּשְׁבִיל שֶׁהָיִיתָ צוֹפֶה בַּנָּשִׁים, וְזִמֵּן לְךָ מַה שֶׁלֹא מָצְאָה חֵן בְּעֵינֶיךָ", דיין גאנצע צער וואס דו גייסט אריבער איז ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן, דעריבער האסטו באקומען אן אנדערע שידוך אן קיין חן.


איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר זיין פאר חיזוק נישט צו גיין קויפן קיין טעלעפאן און אנדערע כלי משחית וואס מען קען זען אין דעם שלעכטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1278 - וואו איז דער מקור אז תורה שבכתב איז מען יוצא אויך אן פארשטיין
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און דברי חיזוק וואס זענען באמת כמים קרים על נפש עיפה.


אין איינע פון די שיעורים האב איך געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א אז אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז תורה שבכתב איז מען יוצא לימוד התורה אויך אן פארשטיין. האב איך געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה וואלט געקענט אנצייכענען א מראה מקום דערצו, איך האב געזוכט אין הלכות תלמוד תורה, אבער ליידער נישט געטראפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער מגן אברהם זאגט לגבי תורה שבעל פה (אורח חיים סימן נ, סעיף קטן ב'): "[אִם אֵינוֹ מֵבִין] אֵינוֹ נִקְרָא לִימוּד", און אזוי פסק'נט דער שלחן ערוך הרב, ביים לערנען תורה שבכתב: "אִם מוֹצִיא בִּשְׂפָתָיו, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מֵבִין אֲפִילוּ פֵּרוּשׁ הַמִּלוֹת מִפְּנֵי שֶׁהוּא עַם הָאָרֶץ, הֲרֵי זֶה מְקַיֵּם מִצְוַת וּלְמַדְּתֶּם; וּלְפִיכָךְ כָּל עַם הָאָרֶץ מְבָרֵךְ בִּרְכַּת הַתּוֹרָה בַּשַּׁחַר לִפְנֵי הַפְּסוּקִים וְכֵן כְּשֶׁעוֹלֶה לְסֵפֶר תּוֹרָה (שלחן ערוך הרב הלכות תלמוד תורה פרק ב', סעיף יב)".


איז געקומען דער הייליגער רבי און געברענגט פאר אונזער דור א מתנה טובה, א וועג פאר יעדן איינעם צו לערנען - אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", ווען מען לערנט דארף מען נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, שפעטער וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט דאס לערנען, ווייל דאס אליין אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט שווערער דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, "יָבִין אַחַר כָּךְ", וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, "וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ", און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, "מַה בְּכָךְ" - איז וואס? איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג ע"א; עבודה זרה יט.): "לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר", אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט צו אונז פון לערנען אויף דעם וועג, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין. ווייל דאס איז א גאר א גוטע עצה צו קענען לערנען, דורך דעם וועג קען מען זוכה זיין צו לערנען און אנקומען צו די גאנצע תורה, און ביים סוף איז מען זוכה צו פארשטיין אסאך מער ווי ווען מען לערנט מיט'ן ציל גלייך צו פארשטיין מיט אלע דקדוקים.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ מִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט זוכה זיין דורכצולערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה (עיין שיחות הר"ן, סימן כח), עיין שם.


דער רבי קומט נישט קריגן אויף די הלכה, דער רבי געבט א וועג ווי אזוי מען קען זוכה זיין צוצוקומען צו הבנת התורה; דאס איז א מציאות, די אלע וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן זענען געווארן גרויסע תלמידי חכמים, גרויסע צדיקים.


איך וועל ענדיגן מיט א שטיקל פון מוהרא"ש'ס צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן מַיינֶע טֵייעֶרֶע תַּלְמִידִים וֶועלְכֶע לֶערְנֶען מַיינֶע סְפָרִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אַז אִיר זָאלְט אַייךְ גוּט אִיבֶּער קְלֶערְן וָואס עֶס גֵייט פָאר אוֹיף דִי וֶועלְט. וֶוען מֶען טְרַאכְט גוּט אַרַיין אִין דָאס לֶעבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט זֶעט מֶען אַז דָאס לֶעבְּן לוֹיפְט דוּרְךְ זֵייעֶר שְׁנֶעל, דָאס גַאנְצֶע לֶעבְּן אִיז נִישְׁט מֶער וִוי אַן אוֹיגְן בְּלִיק, וִוי דִי שָׁאטְן פוּן אַ פֵייגְל וָואס פְלִיעט דוּרְךְ, אָט אִיז מֶען דָא אוּן אָט גֵייט מֶען שׁוֹין צוּרִיק אִין דֶער עֶרְד.


אוּן דַאן, וֶוען מֶען גֵייט אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט, בְּלַייבְּט גָארְנִישְׁט אִיבֶּער פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, נָאר דִי גוּטֶע זַאכְן וָואס מֶען הָאט זוֹכֶה גֶעוֶוען אַרַיינְצוּכַאפְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט. דִי מִשְׁנָה זָאגְט (אָבוֹת פֵּרֶק ו') "אֵין מְלַוִין לוֹ לְהָאָדָם לֹא כֶסֶף וְזָהָב, וְלֹא אֲבָנִים טוֹבִים וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָא תּוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבָד" - עֶס בַּאגְלֵייט נִישְׁט אַ מֶענְטְשׁ, נִישְׁט קַיין גָאלְד אוּן זִילְבֶּער, אוּן נִישְׁט קַיין טֵייעֶרֶע דִיאמַאנְט שְׁטֵיינֶער, נָאר תּוֹרָה אוּן מַעֲשִׂים טוֹבִים.


דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר גֶעדֶענְקֶען דִי טֵייעֶרֶע מַתָּנָה וָואס מִיר הָאבְּן בַּאקוּמֶען פוּן רֶבִּי'ן, וָואס דָאס אִיז דֶער "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד", וָואס דוּרְךְ דִי גְרִינְגֶע אוּן גֶעשְׁמַאקֶע וֶועג קֶענְט אִיר זוֹכֶה זַיין אַדוּרְךְ צוּ גֵיין אוּן דוּרְךְ שְׁפַּאצִירְן מַמָשׁ אִין אַלֶע חֲלָקִים פוּן דִי גַאנְצֶע תּוֹרָה, אִין מִקְרָא, מִשְׁנָה אוּן גְמָרָא, אִין בַּבְלִי, יְרוּשַׁלְמִי אוּן תּוֹסֶפְתָּא, דֶעם גַאנְצְן רַמְבַּ"ם, טוּר אוּן שֻׁלְחָן עָרוּךְ, אַלֶע סָארְט מִדְרָשִׁים, דִי גְרוֹיסֶע מִדְרָשִׁים אוּן דִי קְלֶענֶערֶע, סַפְרָא, סִפְרִי אוּן מְכִילְתָּא, אַלֶע סִפְרֵי הַזוֹהַר הַקָדוֹשׁ אוּן תִּקוּנֵי זוֹהַר, אַלֶע כִּתְבֵי אֲרִיזַ"ל, אַלֶע חַסִידִישֶׁע סְפָרִים פוּן דִי תַּלְמִידֵי בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע, אַלֶע סִפְרֵי מוּסָר, אַלֶע סִפְרֵי פּוֹסְקִים, אַלֶע הֲלָכָה סְפָרִים, אוּן אַזוֹי וַוייטֶער.


נָאר דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה וָואס מֶען הָאט אַרַיינְגֶעכַאפְּט צוּ לֶערְנֶען דָא אוֹיף דִי וֶועלְט, נָאר דָאס וֶועט אִיר מִיטְנֶעמֶען אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, נָאר דָאס אִיז אֵייעֶר עַשִׁירוּת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט. אוֹיבּ הָאט מֶען נִישְׁט קַיין תּוֹרָה, אִיז דִי גַאנְצֶע לֶעבְּן גָארְנִישְׁט וֶוערְד. אַ מֶענְטְשׁ וֶוערְט גֶעמָאסְטְן לוֹיט וִויפִיל תּוֹרָה עֶר הָאט גֶעלֶערְנְט, לוֹיט וִויפִיל עֶר הָאט זִיךְ גֶעפְלַייסְט צוּ לֶערְנֶען אוּן עוֹסֵק זַיין אִין דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה.


דִי תּוֹרָה אִיז דִי חָכְמָה פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, וֶוען אַ מֶענְטְשׁ לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי תּוֹרָה, נֶעמְט עֶר אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס חָכְמָה, אוּן דָאס אִיז דִי בֶּעסְטֶע זַאךְ וָואס מֶען קֶען נָאר טוּן. עֶס אִיז נִישְׁטָא נָאךְ אַזַא זִיסֶע אוּן גֶעשְׁמַאקֶע זַאךְ וִוי דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, חֲזַ"ל זָאגְן (אָבוֹת פֵּרֶק ו') "אֵין טוֹב אֶלָא תּוֹרָה, שֶׁנֶאֱמַר (מִשְׁלֵי ד, ב) כִּי לֶקַח טוֹב נָתַתִּי לָכֶם תּוֹרָתִי אַל תַּעֲזֹבוּ" - עֶס אִיז נִישְׁט דָא נָאךְ אַזַא גוּטֶע זַאךְ אַזוֹי וִוי תּוֹרָה. אוֹיבְן אִין הִימְל אִיז נָאר חָשׁוּב תּוֹרָה.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ, מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, זֶעט צוּ בַּאשְׁטִימֶען צַייט צוּ לֶערְנֶען תּוֹרָה, צוּ אַרָאפּ גַנְבְ'עֶנֶען צַייט צוּ לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, גֶעדֶענְקְט גוּט אַז נָאר דָאס וֶועט בְּלַייבְּן פוּן אַייךְ. וִויפִיל מֶען כַאפְּט אַרַיין אִיז גוּט, "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִּלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אֶת לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם". זֶעט צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מֶענְטְשְׁן וָואס פַארְבְּרֶענְגֶען דִי טֵייעֶרֶע צַייט מִיט שְׁטוּתִים וַהֲבָלִים, מִיט נַארִישְׁקַייטְן, אָדֶער נָאךְ עֶרְגֶער, מִיט זַאכְן וָואס מֶען טָאר נִישְׁט רֶעדְן, וִוי לָשׁוֹן הָרַע, רְכִילוּת אוּן לֵיצָנוּת א.א.וו. זֶעט צוּ אַנְטְלוֹיפְן יֶעדְן טָאג צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, מַמָשׁ מִיט מְסִירַת נֶפֶשׁ.


וֶוען אִיר וֶועט אָנְקוּמֶען אוֹיפְן עוֹלָם הָאֱמֶת דַאן וֶועט אִיר זִיךְ אַלֵיין אִיבֶּערְצֵייגְן אִין דִי רִיכְטִיגְקֵייט פוּן דֶעם "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד" וָואס דֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן. עֶס אִיז אַ שָׁאד דִי צַייט זִיךְ צוּ טַעֲנָה'עֶן מִיט מֶענְטְשְׁן אִיבֶּערְ'ן "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד". "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'" - פְּרוּבִּירְט עֶס אַלֵיין אוֹיס, וֶועט אִיר זֶען וִוי גֶעשְׁמַאק אוּן זִיס דָאס אִיז. וֶוען אִיר וֶועט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ לֶערְנֶען אוֹיפְן "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד" וֶועט אִיר שְׁפִּירְן אַלֶע גוּטֶע טַעֲמִים דֶערִין, דָאס וֶועט אַייךְ גֶעבְּן אַ חִיוֹת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס לָאזְט זִיךְ נִישְׁט נַארְן, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער עִיקָר פַארְוָואס מֶען לֶערְנְט תּוֹרָה אִיז נָאר צוּ טוּן דִי וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, מֶען לֶערְנְט כְּדֵי מְקַיֵים צוּ זַיין דִי מִצְוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ מַאכְן אַ נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דַאן אִיז דָאס גַאנְצֶע לֶערְנֶען מַמָשׁ "תּוֹרָה לִשְׁמָהּ" מֶען לֶערְנְט נָאר פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן נִישְׁט אוֹיף צוּ בַּאקוּמֶען כָּבוֹד פוּן מֶענְטְשְׁן, צוּ הֵייסְן אַ רָב, אַ לַמְדָן, אַ צַדִיק אָדֶער אַ בַּעַל מְקוּבָּל, מֶען לֶערְנְט נָאר פָּשׁוּט פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס וֶועגְן, עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶע זַאךְ פוּן דֶעם. אוֹיבּ וֶועט אִיר מִיר פָאלְגְן מִיט דֶעם וֶועט אִיר בִּכְלַל נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט", עד כאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1277 - דארף מען נישט שעלטן די רשעים?
קללות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די ענטפער וואס איך האב באקומען, איך וועל פרובירן אלעס מקיים צו זיין.


איך וויל נאר איבערפרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שרייבט נישט צו שעלטן, וואס טו איך ווען איך זע א רשע, א כופר, אדער א רשע וואס איז מסית?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שעלט נישט קיינעם, לאז אפ די זאך פון שעלטן; בענטש יעדן איינעם, וואס ווייסטו ווער עס איז א פשוט'ער רשע און ווער עס איז א רשע? וואס ווייסטו ווער איז א כופר? לאז אפ די וועג.


ווען עס איז טונקל איז דא צוויי וועגן ווי אזוי ליכטיג צו מאכן, אדער אוועקטרייבן די טונקלקייט אדער אנצינדן אסאך ליכט; ווען מען גייט אויף די וועג פון שעלטן האט עס א פנים ווי מען טרייבט אוועק טונקלקייט, עס ווערט נישט ווייניגער טונקל, ווידעראום אז מען צינדט אן ליכט, מען טוט גוטס, מען איז עוסק אין מצוות און מעשים טובים, בפרט ווען מען איז עוסק אין הפצה, מען איז מקרב אידישע קינדער צום אייבערשטן; דעמאלט ווערט ליכטיג, עס גייען אוועק אלע טונקלקייט, אלע רשעים און אלע כופרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1276 - ווי אזוי פירט מען זיך אין יום החופה?
תפילות אויף אידיש, כלה, יום החופה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כלה ברוך ה', און מ'גרייט זיך אויף די חתונה, וויל איך פרעגן וואס מ'דארף טון אין דעם גרויסן טאג פון יום החופה, איז דא עפעס געשריבענע תפילות פאר א כלה אין יום החופה? אדער עפעס אנדערע זאכן וואס צו טון און בעטן אין דעם טאג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


צו די כלה תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט בלייבט איבער נאר צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים אז מען האט חתונה, און אין די זעלבע צייט בעט מען דעם אייבערשטן אויף ווייטער, מען זאל קענען בויען א פלאץ פאר די שכינה, בויען א בית המקדש, א פלאץ פאר השראת השכינה.


זייער אסאך מאל ווערט מען צעדרוקט פון גרויס דרוק אז מען דארף אריינכאפן אויסצוניצן די צייט; זייער אסאך חתנים און כלות ווערן פול מיט נערוון ביום חופתם פון דרוק אז מען דארף אריינכאפן.


אבער אז מען דאנקט און מען לויבט, מען הערט נישט אויף זאגן: "איך דאנק דיר טאטע, איך לויב דיר פאטער פאר אלע חסד און פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר" - דאס מאכט דעם מענטש רואיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט גיין צו די חתונה מיט שמחה און ישוב הדעת.

#1275 - זאלן מיר זיך נאכאמאל טרעפן איידער'ן ענדיגן דעם שידוך?
שידוכים, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס איז מקורב געווארן צו היכל הקודש, ס'גייט נישט דורך א טאג וואס איך זאל נישט לערנען מיינע קביעות'דיגע שיעורים אין תורה, און איך טו אסאך הפצה ברוך ה'.


איך האב געוואלט פרעגן וועגן א שידוך, מ'האט מיר אנגעטראגן א גוטע שידוך, מיינע עלטערן האבן זיך גוט נאכגעפרעגט און זענען זייער צופרידן פון די מיידל, און איך אויך, און ס'איז זייער א גוטע משפחה, איך ווייס נאר נישט אויב איך דארף זיי זאגן איבער דעם וואס איך טו אין הפצה, אדער אפשר דארף איך טאקע אויפהערן טון הפצה?


בכלל ווי אזוי גייט מען דא ווייטער? דארף מען זיך מער נאכפרעגן, דארף איך זיך נאכאמאל טרעפן מיט איר, אדער אפשר איז דא אנדערע זאכן וואס איך דארף נאך טון פאר'ן ענדיגן דעם שידוך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז די מיידל איז אן ערליכע, א געזונטע, א צדיקת - זאלסטו גיין ווייטער מיט'ן שידוך.


רעד נישט קיין איבריגע ווערטער; רעד נישט פון היכל הקודש, רעד נישט פון הפצה; די אלע זאכן קענסטו טון, דו דארפסט נישט קיין רשות פון קיינעם. אז דו וועסט זיך פירן ווי א תלמיד היכל הקודש, דו וועסט רעדן שיין, דו וועסט מכבד זיין דיין שווער, דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב - וועט דיר קיינער נישט שטיין אין וועג, דו וועסט קענען מאכן הפצה און אזוי אויך אלעס.


בנוגע זיך נאכאמאל טרעפן; דאס ווענדט זיך אין דיר, אז דו שפירסט דו ווילסט מער מברר זיין, דעמאלט קענסטו נאכאמאל גיין אויף א בעשאו. איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז דו ווייסט שוין גוט וואס דו ווילסט, דו ביסט העכסט צופרידן, קענסטו שוין גיין צום לחיים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1274 - ווען שערט מען אפ א קינד וואס ווערט דריי יאר נאך ל"ג בעומר?
מנהגים, אפשערן, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון ווערט דריי יאר צווישן ל"ג בעומר און שבועות. איך וואלט געוואלט וויסן אויב איך זאל אפשערן אום ל"ג בעומר, און אויב יא, צי מען דארף דעם זעלבן טאג אויך אנטון די ציצית, אדער דאס טוט מען אן אינעם טאג וואס מען ווערט דריי יאר, צוזאמען מיט'ן חדר פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך די אפשערן ל"ג בעומר.


אלע אנדערע זאכן; אנטון ציצית, טראגן אין חדר זאגן די א"ב, אכטונג געבן נישט צו קוקן אויף שלעכטע זאכן, דאס אלעס טוט מען אינעם זעלבן טאג וואס מען מאכט פיאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1273 - ווי אזוי קען איך אריינברענגען א רואיגקייט ביי מיינע עלטערן אין שטוב?
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט בענייני שלום בית.


ליידער זע איך ביי מיינע עלטערן אסאך קריגערייען, און איך וויל זיי אזוי שטארק העלפן. ס'איז אוממעגליך פאר מיר זיי צו געבן צו הערן די שיעורים, און דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז קינדער טארן זיך נישט בשום אופן זיך אריינמישן אין די עלטערנ'ס געשעפטן, אבער מיין הארץ גייט ממש אויס פאר זיי, ווי אזוי קען איך יא זוכה זיין אריינצוברענגען א רואיגקייט און ליכטיגקייט ביי מיינע עלטערן אין שטוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ערשטע זאך זאלסטו זייער אכטונג געבן אז פון דיין זייט זאל נישט זיין קיין שום מחלוקת און קריגערייען. אויך זאלסטו זיי רופן דערציילן פון דיין לעבן, פון דיינע קינדער; דאס וועט זיי פרייליך מאכן, און אז זיי וועלן זיין פרייליך וועט שוין זיין צווישן זיי שלום. ווייל אלע מחלוקות הייבן זיך אן פון עצבות און מרה שחורה, אז מאן און ווייב זענען דערביטערט הייבן זיי אן טרעפן חסרונות איינער ביים צווייטן, מען הייבט אן חוזק מאכן איינער פון צווייטן, ביז די שטוב ווערט א גיהנום.


הדבר הראשון זאלסטו רעדן מיט זיי יעדן טאג; אויב דו וואוינסט אינעם זעלבן שטאט - זאלסטו אוודאי אריבערגיין און זיי דערציילן פון דיין לעבן, דערצייל זיי נאר גוטס, דערצייל זיי נאר נחת מעשיות; קרעכץ נישט פאר זיי. גרייט זיך אן א שיינע ווערטל פאר זיי, ברענג ארויף א שמייכל אויף זיי; איינמאל זיי וועלן זיין פרייליך וועלן זיי זיך שוין נישט קריגן.


צווייטנס, בעט דעם אייבערשטן פאר זיי; תפילה איז זייער שטארק, מיט תפילה קען מען אלעס טוישן. בעט פאר זיי זיי זאלן לעבן אינאיינעם מיט שלום, זיי זאלן זען נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1272 - איז דער אייבערשטער נישט אינטערעסירט מיר אויסצוהערן?
שידוכים, יבנאל, תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין פון ארץ ישראל, און איך מוז זיך באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס איך באקום פון אייערע דרשות כסדר. עס העלפט מיר אזויפיל אין לעבן, און איך האב שוין ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן אסאך מאל ששה סדרי משנה.


איך בין א גרוש שוין פאר אסאך יאר, און דאס איז מיר זייער שווער. איך בין שוין געווען צוויי מאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, איך האב אבער נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן מיין זיווג, וואס נאך קען איך טון?


ווען איך רעד צום אייבערשטן איז מיר עס אסאך מאל זייער שווער, איך שפיר קיינמאל נישט אז איך האב יוצא געווען, אז איך האב שוין גענוג געבעטן, און אסאך מאל שפיר איך אז דער אייבערשטער וויל מיר בכלל נישט אויסהערן.


אויך ווייס איך נישט אויב איך מעג אלעס זאגן פאר'ן אייבערשטן, צום ביישפיל ווען איך וויל דערציילן מיינע שווערע נסיונות פאר'ן אייבערשטן, קען דאס אמאל נאך זיך שטארקן די נסיונות נאך מער לכבוד דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לעבסט מיט די עצה פון התבודדות; דו שמועסט מיט'ן אייבערשטן, דו דערציילסט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר. דאס איז דאך גן עדן, דאס איז עולם הבא; ווען מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו אים - דעמאלט איז מען זוכה צו שפירן מעין דמעין פון עולם הבא, מען שפירט גן עדן אויף די וועלט.


איך בעט דיר זייער, זיי ממשיך מיט די הייליגע הנהגה; קוק נישט אויף דעם אז דו שפירסט אסאך מאל ווי קיינער הערט דיר נישט אויס, אזוי גייט דאס מיט אלעמען.


דער רבי אליינס האט דערציילט אז ער פלעגט שפירן ביי התבודדות ווי מען הערט אים נישט אויס; ער האט אויך געהאט חלישות הדעת פון דעם, ווען ער האט געזען ווי עס גייען אריבער טעג און וואכן וואס ער בעט דעם אייבערשטן און ער האט נישט געשפירט ווי עפעס רוקט זיך, נאכדעם האט ער חרטה געהאט, ער האט זיך זייער געשעמט אז ער האט אפגעלאזט די הייליגע הנהגה (שבחי הר"ן, סימן ה, יב).


איך בעט דיר זייער, קוק נישט אויף דעם, דו רעד ווייטער יעדן טאג צום אייבערשטן; יא געפילן, נישט געפילן, - דאס איז נישט די זאך, דער עיקר איז טון און טון און טון.


דער סמ"ך מ"ם האלט נישט אויס ווען מען גייט אויף דעם הייליגן וועג, ער זוכט אלע מיטלען צו שטערן דעם מענטש און אים אפקילן פון די עבודה, איינמאל מאכט ער טראכטן 'קיינער הערט מיר נישט אויס', א צווייטע מאל מאכט ער טראכטן 'מען הערט יא אויס; נו, דארף מען דאך מער רעדן', ער מאכט שפירן ווי עס איז נישט גענוג וכו' וכו', אבי דער מענטש זאל אפלאזן די הייליגע הנהגה.


דאס וואס דו זאגסט אז ווען דו דערציילסט פאר'ן אייבערשטן ווערן די נסיונות שטערקער; דאס איז נישט וואר, די נסיונות זענען נסיונות, זיי זענען זייער ביטער, פון דעם קען מען נישט פטור ווערן נאר דורך דערציילן דעם אייבערשטן בפרטי פרטיות. אודאי איז דאס נישט געשמאק, מען שעמט זיך זייער ווען מען דערציילט דאס אלעס, מען הייבט אן זען ווער מען איז, מען הייבט אן זען ווי ווייט מען איז; דאך דארף מען דאס דערציילן פאר'ן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט קלאר (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד) אז ווען א מענטש זינדיגט ווערן די עבירות איינגעקריצט אין זיינע ביינער אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם", און דאס גייט נישט ארויס נאר דורך וידוי דברים, נאר ווען מען דערציילט עס אויס דעם אייבערשטן.


דעריבער זאלסטו ווייטער גיין מיט די הייליגע הנהגה, זיי זיך מתבודד; דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, זאג אים ווי שווער עס איז דיר אליינס, און ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע עונשים, דו וועסט זוכה זיין צו קענען טרעפן דיין זיווג.


גיי נאכאמאל און נאכאמאל קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש, וועסטו זיכער זען גרויסע ישועות; ווען איך וואלט ווען געווען אין ארץ ישראל וואלט איך געגאנגען אן א שיעור מאל צום ציון פון מוהרא"ש.


מוהרא"ש שרייבט אזעלכע ווערטער אין די צוואה, סיי פאר בחורים און סיי פאר מיידלעך, אז ער וועט נישט רוען ביז זיי וועלן האבן זייער שידוך, און בכלליות פאר אונז אלע שרייבט מוהרא"ש דעם לשון (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1271 - ווי אזוי פארשטייט מען דעם מהות פונעם חלל הפנוי דורך א ניגון?
אמונה, קשיות, ניגונים, פירושים, קבלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע געוואלדיגע שיעורים, וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן איבער די תורה אין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ס"ד, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מסביר זיין וואס די כוונה פונעם הייליגן רבי'ן איז אין די תורה. מיינט דאס צו זאגן אז דורך א ניגון קען א מענטש משיג זיין און פארשטיין זאכן וואס ער פארשטייט נאכנישט יעצט, צום ביישפיל די מהות פונעם חלל הפנוי? און וואס איז למעשה די תועלת פון א ניגון, איז דער תועלת צו קענען משיג זיין זאכן וואס זענען העכער פון אונזער פארשטאנד? און וואס קען מען ארויסנעמען פון די תורה אויף למעשה, פאר'ן טאג טעגליכן לעבן פון א פשוטער מענטש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סד): "וְדַע, שֶׁעַל יְדֵי הַנִּגּוּן שֶׁל הַצַּדִּיק, הוּא מַעֲלֶה אֶת הַנְּשָׁמוֹת מִן הָאֶפִּיקוֹרְסִית הַזֹּאת שֶׁל הֶחָלָל הַפָּנוּי שֶׁנָּפְלוּ לְשָׁם", וויסן זאלסטו אז דורך די ניגון פונעם צדיק קומען אלע צוריק צום אייבערשטן, אלע וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אפיקורסות, זיי האבן קשיות אויף די אמונה - די אלע, ווען זיי הערן די ניגון פונעם צדיק - קומען זיי צוריק.


דער ניגון איז די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מחבר געווען טאקע אויף די תורה וואו דער רבי זאגט אז דער אייבערשטער איז: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין", אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז אין אלעס און ארום אלצדינג; דעמאלט הייבט זיך אן די קשיא 'ווי אזוי קען זיין א חלל הפנוי?' ווייל אויב דער חלל הפנוי איז אויך אייבערשטער איז דאס דאך נישט קיין חלל הפנוי?! און אזוי איז טאקע; אפילו אינעם חלל הפנוי איז אויך אייבערשטער, נאר מיר קליינע מענטשעלעך קענען דאס נישט פארשטיין, דער חלל הפנוי איז ביי אונז אין מח, דערפאר דארפן מיר אסאך זינגען דעם ניגון פונעם צדיק, וואס דער ניגון וועט מען זינגען ווען משיח וועט קומען; "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין", דער אייבערשטער איז איבעראל, "וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין", דער אייבערשטער נעמט אלעס ארום, "אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל", נישטא קיין שום מציאות אנעם אייבערשטן, "וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", אין יעדע ריר איז דארט באהאלטן דער אייבערשטער; ווייל דער ניגון איז כולל אלע ניגונים, "כָל הַזְּמִירוֹת וְהַנִּגּוּנִים שֶׁל כָּל הַחָכְמוֹת נִמְשָׁכִין מִזֶּה הַזֶּמֶר וְהַנִּגּוּן", אלע ניגונים און אלע געזאנגען קומען ארויס פון דעם ניגון, "שֶׁהוּא לְמַעְלָה מִכָּל הַזְּמִירוֹת וְהַנִּגּוּנִים שֶׁל כָּל הַחָכְמוֹת", ווייל דער ניגון איז העכער פון אלע ניגונים, "כִּי הוּא הַזֶּמֶר הַשַּׁיָּךְ לְהָאֱמוּנָה בְּהָאוֹר אֵין סוֹף עַצְמוֹ, שֶׁהוּא לְמַעְלָה מִן הַכֹּל", ווייל דער ניגון איז אן אמונה ניגון, א ניגון פונעם אייבערשטן אליינס.


קומט אויס פארקערט ווי דו פרעגסט, דער רבי וויל נישט מען זאל זינגען ניגונים צו פארשטיין זאכן וואס מען קען נישט פארשטיין, צו פארשטיין דעם חלל הפנוי, מען דארף נישט פארשטיין דעם חלל הפנוי; דאס קען מען נישט פארשטיין, ווייל בעצם איז דער אייבערשטער איבעראל, עס איז נישטא קיין פלאץ וואו דער אייבערשטער איז נישטא; איי ווי קען זיין דער חלל הפנוי, וואס איז לויטן גר"א בפשטות? אבער די הייליגע צדיקים האבן אונז מגלה געווען דאס וואס דער רבי לערנט אונז אין די תורה, אז דער חלל הפנוי איז ביי אונז אין קאפ וכו'.


אודאי איז דער תורה אויף למעשה, דער תורה ברענגט אמונה; ווי מער מען חזר'ט די תורה אלץ מער ווערט קלאר די אמונה אז אלעס איז דער אייבערשטער, אלץ מער ווערט קלאר אז אידישע קינדער היפן איבער די אלע חקירות און שאלות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְעַל כֵּן יִשְׂרָאֵל נִקְרָאִים עִבְרִיִּים", פארוואס ווערן די אידישע קינדער אנגערופן מיט'ן נאמען 'עבריים'? "שֶׁעַל יְדֵי אֱמוּנָתָם שֶׁמַּאֲמִינִים שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֱלֹקֵי הָעִבְרִיִּים כַּנַּ"ל, הֵם עוֹבְרִים עַל כָּל הַחָכְמוֹת וְעַל מַה שֶּׁאֵינָם חָכְמוֹת", ווייל אידישע קינדער האבן א שטארקע אמונה, וואס מיט די אמונה גייען זיי אריבער אלע חכמות און אלע קשיות, זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין; 'עבריים' איז טייטש 'איבערגיין', מען קוקט נישט אויף די חכמות, נאר מיר בלייבן מיט אמונה.


געוואוין זיך צו, נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א פלאץ וואו קיינער איז נישטא, דארט זוך דיר א חלל הפנוי, דארט זאלסטו וויינען צום אייבערשטן אויף דיין שפראך. בעט אים אין דיין שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר מקרב זיין צו אים, דו זאלסט האבן א ריינע אמונה, זאלסט זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן, זאלסט נישט האבן קיין שום קשיות אויף די אמונה, זאלסט גלייבן אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער; וועסטו זוכה זיין אז עס וועט שיינען אויף דיר די אור אין סוף ברוך הוא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1270 - געלט פון הפצה קען מען נעמען פאר זיך?
הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל וואס איז זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, איך האב געוואלט פרעגן וועגן געלט וואס מ'באקומט ביים גיין הפצה, אויב מ'קען דאס נוצן פאר זיך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס וויל איך דיר שטארקן אין די גרויסע מצוה פון הפצה; מען זאל קוקן מיט א טיפערן בליק, מען זאל אביסל אריינטראכטן וואס איז דאס הפצה - וואלט מען געזען אז עס איז די גרעסטע זאך אויף דער וועלט. פרוביר צו טראכטן א מעשה פון דיר, דו האסט חתונה בשעה טובה ומוצלחת, דער אייבערשטער העלפט מען איז זוכה צו קינדער, די קינדער וואקסן אונטער און עס גייען אריבער יארן און עס פאסירט דאס שרעקליכע זאך, דער קינד צעקריגט זיך מיט די עלטערן, ער גייט אוועק מיט נישט גוטע חברים און ער פאלט אין נישט גוטע זאכן, די עלטערן עסן זיך אויף.


וואס וואלסטו געטון ווען דו הערסט אויף איינעם וואס גייט צו דיין זון איין מאל א וואך, ער געבט אים שיינע ספרים און קונטרסים געשריבן אויף זיין שפראך, דיבורי אמונה, דיבורי חיזוק און דיין קינד הייבט אן ליינען און עס הייבט אן ווערן ליכטיג ביי אים; וואס וואלסטו געטון מיט דעם איד? קענסט טראכטן? דו וואלסט אים געהאלדזט, געקושט, געלויבט, געבענטשט און וואס נישט... וואס הייסט, ער איז מקרב מיין קינד! ער רעדט מיט אים! ער לעבט אים אויף! דאס וואלט ביי דיר געווען די חשוב'סטע זאך.


אזוי און נאך א סאך מער קוקט מען פון הימל אויף א מפיץ; דער אייבערשטער איז אונזער טאטע, און ווען א איד גייט אוועק פון די גוטע וועג איז דאס א גרויסע צער כביכול פאר'ן אייבערשטן, און ווען מיר גייען פארשפרייטן קונטרסים, ספרים, גליונות, סי די'ס וכדומה אויף אלע שפראכן, געשריבן אויף א פשוט'ע שפראך וואס כאפט זיי און עס הייבט זיי אן ליכטיג ווערן, זיי הייבן אן טראכטן פונעם אייבערשטן, ווערט אין הימל אזא רעש, מען נעמט דעם מפיץ, מען האלדזט אים און מען קושט אים.


דערפאר בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן ווייטער מיט די הייליגע ארבעט, גיי ווייטער פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים פון רבי'ן, פון מוהרא"ש; קוק נישט אויף די וואס שפעטן, קוק נישט אויף לצים; דו טראכט אלץ: 'אפשר וועל איך קענען אריינברענגען אין איין איד אפילו נאר איין גוטע מחשבה, איז מיר שוין כדאי'.


די געלט פון הפצה איז צדקה געלט; דו קענסט מיט דעם טון אלעס וואס מען טוט מיט צדקה געלט, אויב דארפסטו זיך אליינס מפרנס זיין וכו' - קענסטו נעמען פון די געלט פאר זיך, אויב האסטו פאר דיר גענוג צו קענען לעבן - זאלסטו געבן דאס געלט צו דרוקן נאך ספרים, אדער פאר עניים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1269 - פארוואס דארף מען חתונה האבן?
חתונה, הלכה, צרות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור אין די צוואנציגער יארן, איך בין ברוך ה' זייער ערליך און פרום, איך דאווען און לערן, און איך ארבעט אויף מיינע מידות.


איך וויל פרעגן צוויי שאלות. איינס, איך ווייס אז יעדער בחור אין מיין עלטער, און אפילו יונגער פון מיר, האט שוין גאר א שטארקע רצון חתונה צו האבן, איך האב עס אבער נישט, און אפילו אביסל פארקערט, איך האב נישט קיין חשק חתונה צו האבן. א חשובער איד האט אמאל גערעדט צו מיר איבער דעם, ער האט מיר מסביר געווען די וויכטיגקייט פון חתונה האבן, ווייל נאך די חתונה איז לייכטער צו זיין אפגעהיטן, און אזוי ווייטער, האב איך אים געזאגט אז איך בין שוין יעצט אפגעהיטן, שוין אפאר יאר וואס איך בין נישט דורכגעפאלן אין עבירות אפילו נאר איין מאל, כ'האב נאר דריי מאל אין מיין לעבן בטעות ארויסגעזאגט א ווארט ניבול פה. פון שאק איז ער שטיל געבליבן, איך בין אבער געבליבן מיט מיין פארקרומטע רצון, און איך קען זיך נישט ארויסזען פון דעם. אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר איבער דעם?


צווייטנס, ס'רייסט מיר ביים הארץ די מצב פון כלל ישראל אויף א נישט נארמאלן אופן, ס'איז דא טעג וואס איך עס נישט און איך טרינק נישט פון צובראכנקייט, איך קען וויינען צום אייבערשטן פאר שעות איבער דעם, איך שפיר כ'וועל נישט קענען אנגיין מיט מיין לעבן אזוי. ליידער זעט מען היינט אזויפיל אידישע קינדער וואס פאלן אוועק, וואו מ'דרייט זיך טרעפט מען שוואכע חברה, און מיין הארץ ווערט צופליקט פון דעם.


מיין הארץ צוגייט ווען א איד מאכט מיט, אנהייב פונעם קאראנא וויירוס ווען איך האב פשוט געגעסן ברויט דורכגענעצט מיט טרערן פון צובראכנקייט, כ'האב געמאכט אסאך שעות התבודדות, אבער די אויפגעגעסענע הארץ בלייבט. וואס קען איך בכלל טון פאר דעם? איז בכלל דא א ליכטיגקייט פאר מיין פינסטערקייט חוץ משיח? וועל איך נאך אמאל זוכה זיין צו שמייכלען פון אינעווייניג? אפשר גאר איז די ציל פון מיין זיין דא צו ליידן און ליידן און ליידן, און אויסגיין ווי א לעכטל?


ביטע ענטפער מיר ווי שנעלער. יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די ערשטע מצוה אין די תורה איז די מצוה פון פרי' ורבי'; דער הייליגער מחבר הייבט אן שלחן ערוך אבן העזר מיט די הלכה: "חַיָּב כָּל אָדָם לִשָּׂא אִשָּׁה כְּדֵי לִפְרוֹת וְלִרְבּוֹת", יעדער איד איז באפוילן פונעם הייליגן באשעפער צו חתונה האבן כדי צו קענען מקיים זיין די מצוה פון פרי' ורבי', "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ עוֹסֵק בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה כְּאִלּוּ שׁוֹפֵךְ דָּמִים", און ווער עס איז נישט מקיים די מצוה איז אזוי ווי ער פארגיסט בלוט, "וּמְמַעֵט אֶת הַדְּמוּת", ער טוט נישט דעם ווילן פונעם אייבערשטן צו פארמערן מענטשן וואס זענען באשאפן געווארן בצלם אלוקים, "וְגוֹרֵם לַשְּׁכִינָה שֶׁתִּסְתַּלֵּק מִיִּשְׂרָאֵל", און ער איז גורם אז די שכינה זאל נישט רוען ביי די אידן.


וואס גייסטו נאך דיינע פארקרומטע מחשבות? דו שטעלסט זיך אהער ווי א גרויסער צדיק; ווילאנג דו האסט נישט חתונה, דו טוסט נישט דעם ווילן פונעם אייבערשטן ביסטו א גרויסער רחמנות, דו האסט נישט די אלע זאכן וואס מען באקומט ווען מען איז זוכה חתונה צו האבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס אן א ווייב, "שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה", דער לעבט אן קיין שמחה, "בְּלֹא בְּרָכָה", דער לעבט אן קיין ברכות, "בְּלֹא טוֹבָה", דער ווייסט נישט וואס מיינט גוט, "בְּלֹא תּוֹרָה", מען האט נישט קיין תורה, "בְּלֹא חוֹמָה", מען לעבט אן קיין מויער, "בְּלֹא שָׁלוֹם", אן קיין פרידן; די אלע זאכן האט מען נישט פאר די חתונה, דער מדרש (בראשית רבה יז, ב) לייגט צו נאך זאכן וואס פעלט פאר'ן חתונה האבן, "בְּלֹא עֵזֶר", מען האט נישט קיין העלפער, "בְּלֹא כַּפָּרָה", מען האט נישט קיין פארצייער, "בְּלֹא חַיִּים", עס איז נישט קיין לעבן.


דער הייליגער זוהר זאגט (האזינו רצו.): "מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי פְּלַג גּוּפָא", ווער עס האט נישט חתונה - איז א האלבע זאך, "וְלֵית בִּרְכָתָא שַׁרְיָא בְּמִלָּה פְּגִימָא וַחֲסֵירָא, אֶלָּא בַּאֲתָר שְׁלִים", די ברכה קען נישט זיין אין א האלבע זאך, נאר אין א גאנצע זאך; נאך זאגט דער הייליגער זוהר (אחרי, נט:): "רֶבִּי יִצְחָק אָמַר", דער הייליגער רבי יצחק זאגט, "בְכָל אֲתַר דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָאו כְּדַאי לְמֵחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", ווער עס האט נישט חתונה איז נישט ווערד צו זען די פנים פון די שכינה; פריער אין פרשת ויקרא (ה.) שטייט: "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא", ווער עס האט נישט חתונה, "כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ", דער האט נישט קיין שום לויב, "וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם", דער איז נישט גערעכנט פאר א מענטש, "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", און ער איז נישט ווערט צו ווערן געבענטשט.


דעריבער ווייס איך נישט פארוואס דו ביסט אן אויבער חכם נאכצוגיין דיין פארקרומטע שכל.


חתונה האבן איז דער תירוץ אויף די צווייטע פראגע; אויף וואס דו עסט זיך אויף דיין הארץ, אויף דיין פראגע 'וועל איך נאך אמאל זיין פרייליך פון אינעווייניג?' אז דו וועסט חתונה האבן, דו וועסט טון דער ווילן פונעם אייבערשטן אן קיין חכמות - וועסטו האבן א גאנצע הארץ, דו וועסט נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, דו וועסט זען דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער ווי מען איז זיך מוסר נפש אין די שווערע זמנים ווייטער טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן; עס איז טאקע דא אסאך וואס פאלן, אבער פון די אנדערע זייט איז דא אזויפיל ריינקייט אזויפיל הייליגקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1268 - ווען וועט שוין דער ראש ישיבה אונז קומען באזוכן?
שלום בית, חתונה, אחדות, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, און פאר די לעבן פון מיין משפחה, וואס האט זיך אינגאנצן געטוישט צום גוטן דורך די שיעורים. איך שפיר ווי איך בין ממש געבוירן געווארן פון ניי.


איך וואוין אין ירושלים עיר הקודש, און איך האב געוואלט פרעגן ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט קומען אונז באזוכן אין ארץ ישראל.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז מ'דארף נישט קומען אין ישיבה, מ'קען נעמען די דיבורים און לעבן מיט דעם סיי ווי איבער די וועלט, פון דעסט וועגן אינו דומה שמיעה לראיה, וואס וואלט דער ראש ישיבה שליט"א געטון ווען מוהרא"ש זי"ע זאגט דאס ווען, אז מ'דארף נישט קומען צו אים, וואלט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאלץ זיכער געוואלט זען מוהרא"ש.


איך בעט זייער, אין נאמען פון די גאנצע חבורה דא אין ירושלים, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז קומען באזוכן און מחזק זיין. דער בית המדרש דאהי פירט זיך מיט א געוואלדיגע אחדות, מ'איז זיך מחזק איינער דעם צווייטן, און מ'מאכט אסאך הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער ממשיך זיין מיט גאנצן כח מחזק צו זיין אידישע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר לעבט באחדות, מען האט זיך ליב איינער דעם אנדערן.


דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (נשא קכח.): "אֲנָן בַּחֲבִיבוּתָא תַּלְיָיא", אונזער זאך איז אחדות; מוהרא"ש זאגט, די ראשי תיבות פון "אֲנָן" איז "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ", מיר תלמידים פון הייליגן רבי'ן, אונזער זאך איז – "בַּחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", מיר זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, זיך ליידן איינער דעם צווייטן.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומען קיין ארץ ישראל, איך וויל זיין מיט אייך. איך בענק זיך צו אייך; געדענקט וואס דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געזאגט פאר רבי שמעון בר יוחאי (פסחים קיב.): "יוֹתֵר מִמַּה שֶּׁהָעֵגֶל רוֹצֶה לִינֹק פָּרָה רוֹצָה לְהֵנִיק", אסאך מער וויפיל דער קעלבל וויל זייגן וויל די קו - די מאמע - געבן צו זייגן דעם קעלבל. ער האט אים געזאגט, ווי שטארק דו ווילסט לערנען פון מיר תורה - אסאך מער וויל איך לערנען מיט דיר תורה; גלייב מיר, איך וויל נאך אסאך מער זיין אין ארץ ישראל, שוין איבער א יאר וואס איך בין נישט זוכה צו זיין אין ארץ ישראל; איך האף בקרוב צו זיין דארט.


אגב, אז מען רעדט שוין פון וואס דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געזאגט פאר רבי שמעון בן יוחאי אין תפיסה, ווען ער האט אים געבעטן און געמוטשעט ער זאל לערנען מיט אים תורה; האט ער אים דעמאלט געזאגט דאס גרויסקייט פון חתונה האבן, ער האט אים מגלה געווען ווי אזוי מען קען זיין הייליג, "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר נוֹשֵׂא אִשָּׁה וְלוֹ בָּנִים", אז מען האט חתונה - קען מען האבן א ריינקייט, די תורה וואס מען לערנט נאך די חתונה, דאס איז ריין (שם, קיג). אין אנהייב האט ער מורא געהאט אים דאס צו זאגן, ער האט מורא געהאט פון די גוים, אבער נאכדעם וואס דער תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי האט אים אזוי מפציר געווען, האט ער אים דאס געזאגט. דאס איז איינע פון די יסודות ביים רבי'ן, מען זאל חתונה האבן יונג און האבן שלום בית; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח, א ריינע מחשבה; דעמאלט קען מען לערנען תורה בקדושה ובטהרה. אז מען האט חתונה און מען לעבט מיט שלום, מען איז מוותר, מען האט אסאך געדולד - איז מען זוכה צו ריינקייט.


אויף די נקודה האט מוהרא"ש זיך מוסר נפש געווען; ער האט געוואלט אריינברענגען חתונה האבן יונג, ער האט דאס געטון ביז די מלכות הרשעה האט אים געוואלט געבן תפיסה, מוהרא"ש האט אפאר יאר נישט געקענט זיין אין ארץ ישראל, און שפעטער האט מוהרא"ש ווייטער געטון זיין גאנץ לעבן פאר שלום בית, מוהרא"ש פלעגט זיצן טעג און נעכט מיט פארפעלקער זיי זאלן אהיים גיין לעבן בשלום. דארפן מיר זען צו גיין אויף דעם וועג, זיך נישט קריגן אין שטוב, זיין א ותרן אין שטוב; וועלן מיר זוכה זיין צו "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר".

#1267 - ווער איז דער ריכטיגער רבי פון וועמען איך קען מקבל זיין?
מחלוקת, ספרי ברסלב, מורה דרך, צדיקים, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב פשוט נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט מיר געגעבן לעבן, איידער איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים איז מיין לעבן געווען זייער ביטער, און דורך די שיעורים האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט, איך האב אנגעהויבן זען די זיסקייט פון הייליגן באשעפער, און זיין גרויס רחמנות.


א שטיק צייט צוריק בין איך דורך גאר א שווערע איבערלעבעניש, דעמאלט האט מיר איינער געגעבן א נומער פון א חשובן רב, א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע, און יענער האט מיר גאר שטארק מחזק געווען. און זייט דעמאלט האלט איך אן קשר מיט אים, און ער ענטפערט מיר אויף מיינע שאלות.


דאס מאכט מיר אבער זייער צעמישט, איך שפיר ממש וואס דער הייליגער רבי זאגט אז ווען מ'האט צוויי רבי'ס שאדט דאס פאר אמונת הייחוד, ס'איז מיר שווער מסביר צו זיין, אבער ס'איז א שווערע זאך פאר מיר, אבער פון די אנדערע זייט מאכט מיר דאס פיל גרינגער ווייל איך קען אים קלינגען סיי ווען און ער ענטפערט מיר גלייך, ווידער ביים ראש ישיבה שליט"א דארף איך שרייבן א בריוו וואס איז מיר נישט אזוי גרינג, און ס'קען נעמען אסאך צייט ביז איך באקום דעם ענטפער.


אויך שטערט מיר דאס וואס ער האלט זיך נישט אינגאנצן בשלום מיט אנדערע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, הלואי זאל זיין א פולע אחדות אין היכל הקודש.


איך שפיר זיך נישט באקוועם צו פרעגן די שאלה, אבער תורה היא וללמוד אני צריך, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט עס אנקוקן מיט א גוט אויג, און מיר ענטפערן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר האבן אלע איין רבי, דער הייליגער רבי איז אונזער רבי ביז משיח וועט קומען, דער רבי וועט ענדיגן אלע תיקונים און אונז אלע מתקן זיין; מיר דארפן זיך האלטן אינאיינעם, נישט מאכן קיין מחלוקות.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן אין די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן, מוהרא"ש שרייבט די סימנים פון וואס מען זאל זיך היטן; דער סימן פון א פאלשער מנהג און דער סימן פון אן אמת'ער מנהיג.


איך ברענג דיר אראפ דעם לשון פון די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות טו):


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט גוּט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דֶער עִיקָר אִיז צוּ הָאבְּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' צוּ גְלֵייבְּן אִין דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים. דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן ס"א) אַז וֶוען מֶען הָאט 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' דַאן וֵוייסְט מֶען וָואס מֶען דַארְף צוּ טוּן, מֶען וֵוייסְט וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן אִין 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', צוּ גְלֵייבְּן אַלֶעס וָואס דֶער רֶבִּי זָאגְט אוּנְז, אוּן מְקַיֵים זַיין אִין פָאלְגְן אַלֶעס וָואס עֶר הֵייסְט. דָאס אִיז דֶער שְׁלֵימוּת פוּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קכ"ג).


וֶוען אִיר וֶועט הָאבְּן אֱמֶת'דִיג 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', אִיר וֶועט גְלֵייבְּן אִין רֶבִּי'ן אוּן פָאלְגְן זַיינֶע וֶוערְטֶער, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ קֶענֶען אַן עֵצָה גֶעבְּן אִין יֶעדְן מַצָב, אִיר וֶועט שְׁטֶענְדִיג וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן אוֹיף דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג.


גֶעדֶענְקְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אִיז אוּנְזֶער רֶבִּי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן פוּן פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס אֲפִילוּ זִיךְ אַלֵיין קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן, אוּן זִיכֶער קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן אַנְדֶערֶע. סְפֶּעצִיעֶל אִינֶעם לֶעצְטְן דוֹר, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַז עֶס וֶועט דַאן זַיין זֵייעֶר אַסַאךְ פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אַזוֹי סַאךְ וִוי דִי בְּלֶעטֶער פוּן בּוֹים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין שׁוּם שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אֲפִילוּ מִיט דִי פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס דְרֵייעֶן זִיךְ אוֹיךְ בַּיי אוּנְז צְוִוישְׁן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ.


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק.


אִינֶעם הַיינְטִיגְן דוֹר אִיז דֶער רֶבִּי אַלֵיין דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק. עֶר וֶועט עֶנְדִיגְן אַלֶע תִּקּוּנִים אוּן פַארְרֶעכְטְן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ הַאלְטְן בַּיים רֶבִּי'ן, אִיר זָאלְט פָארְן יֶעדֶעס יָאר רֹאשׁ הַשָׁנָה קַיין אוּמַאן אוּן זִיךְ הַאלְטְן אִינְאֵיינֶעם מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ. אִיר זָאלְט זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַחְלוֹקֶת, אוּן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פָּאלִיטִיק. דֶער רֶבִּי אִיז דֶער אָרוֹן וָואס דָארְט לִיגְט דִי לוּחוֹת, אוּן בַּיי דִי אָרוֹן הָאט דֶער אָרוֹן אַלֵיין גֶעטְרָאגְן דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אִיר גֶעטְרָאגְן, קֵיינֶער דַארְף נִישְׁט הֶעלְפְן דֶעם רֶבִּי'ן, דֶער רֶבִּי טוּט אַלֶעס אַלֵיין.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר גֵיין צוּם רֶבִּי'נְס צִיוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּ מְקַיֵים זַיין וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל קוּמֶען צוּ אִים, אָבֶּער אִיר זָאלְט נִישְׁט פְּרוּבִּירְן צוּ זַיין דָארְט אַ פִירֶער, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט מִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פַּארְטֵייעֶן, אִין קַיין שׁוּם גְרוּפֶּעס, נָאר אִיר זָאלְט זִיךְ הַאלְטְן מִיטְ'ן רֶבִּי'נְס סְפָרִים, אַזוֹי וִוי דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן קצ"ב) אַז דִי פָּנִים, שֵׂכֶל אוּן נְשָׁמָה פוּנֶעם צַדִיק לִיגְט אִין זַיינֶע הֵיילִיגֶע סְפָרִים, מְמֵילָא וֶוען מֶען וִויל זַיין אֱמֶת'דִיג מְקוּרָב צוּם רֶבִּי'ן אִיז דָאס נָאר וֶוען מֶען לֶערְנְט זַיינֶע סְפָרִים, אוּן דַאן וֶועט אִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ זַיין.


אוֹיבּ וֶועט אִיר מְקַיֵים זַיין דָאס אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן, וֶועט אַייךְ זַיין גוּט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט אוֹיף אֵייבִּיג". עד כאן.


דעריבער אז דער רב איז דיר מחזק אויף עבודת השם, דו שפירסט ווי דו ווערסט נענטער צום אייבערשטן, דו באקומסט א חשק צו לערנען און דאווענען - זאלסטו ווייטער נעמען ביי אים חיזוק, אבער אויב דער רבי איז נאר פארנומען רעדן אויף אנדערע - זאלסטו אפלאזן, ווייל מחלוקת איז זייער געפארפול, דאס ווארפט אראפ דעם מענטש פון אלע מדריגות.


בעיקר זאלסטו זיך פלייסן אין רבינ'ס ספרים; דעם רבינ'ס ספרים זענען א אורים ותומים, עס ענטפערט אלעס, ער קלארט אויס אלעס; מען גייט ארויס פון אלע ספיקות, מען באקומט א קלארע מח, א שטארקע אמונה; מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען שפירט זיך ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט דארף מען שוין קיינעם נישט; וואס מען גייט אריבער, וואס עס שטערט - רעדט מען זיך אויס צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1266 - וואס טוט מען ווען דאס קינד וויינט אסאך ביינאכט?
חינוך הילדים, קינדער, לימוד התורה, פרנסה, התבודדות, תיקון חצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער, דריי יאר אלט, וועקט זיך אויף כמעט יעדע נאכט און וויינט גאר אסאך, ביז מ'קען איר ענדליך בארואיגן זי זאל צוריק איינשלאפן ביז אינדערפרי, און דאס איז זייער שווער אויפצושטיין יעדע נאכט נאכאמאל. ווי אזוי קען איך איר העלפן שלאפן געהעריג די גאנצע נאכט?


אויך האב איך ברוך ה' א קינד פון א האלב יאר אלט, איך האב אים זייער ליב, די שאלה איז אויב לויט'ן רבי'ן טאר איך אים נישט קושן, נאר זיך מער דערווייטערן פון אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין קינד וועקט זיך אויף ביינאכט און וויינט - זאלסטו מיט וויינען מיט'ן קינד צום אייבערשטן. ברסלב'ע חסידים ווילן דאך מקיים זיין וואס דער רבי זאגט, מען זאל זאגן ביינאכט תיקון חצות; ווען די קינדער וועקן זיך אויף אינמיטן די נאכט, קען מען דעמאלט מתפלל זיין פאר זיך און פאר די קינדער.


מוהרא"ש פלעגט זאגן א סגולה פאר בעלי בתים ווען זיי שטייען אין געשעפט און קיינער קומט נישט אריין איינקויפן, אז מען זאל נעמען א ספר, א משניות וכדומה אין אנהייבן לערנען - וועט דער סמ"ך מ"ם זיכער מאכן עס זאלן קומען מענטשן איינקויפן, אבי מען זאל נישט לערנען. דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דיין קינד וועקט זיך אויף ביינאכט, עס וויינט און וויל נישט צוריקגיין שלאפן - זאלסטו אנהייבן מיט צו וויינען צום אייבערשטן, בעטן פאר אידישע קינדער זאלן נישט האבן קיין צרות; בעט משיח זאל שוין קומען און אונז צוריק ברענגען צום אייבערשטן - וועט דיין קינד שנעל איינשלאפן, אבי דו זאלסט שוין אויך צוריק גיין שלאפן.


בנוגע קישן קינדער; דער רבי האט טאקע געזאגט: "א קינד קישט מען נישט, און א קינד שלאגט מען נישט"; אבער דאס מיינט מען נישט קליינע קינדער, דאס מיינט מען ווען די קינדער וואקסן אונטער, דעמאלט איז נישט כדאי מען זאל צערטלן די קינדער; ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, שלאגט מען דאס קינד ווען עס איז לעבעדיג און שפרינגעדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1265 - אלס מלמד, מעג איך פארן אינמיטן זמן קיין אומאן?
אומאן, חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כתה א' מלמד, איך האב חשק צו פארן מיט מיין ווייב צום הייליגן רבינ'ס ציון, ערגעץ וואו אינמיטן די יאר. די שאלה איז אויב איך מעג דאס טון אינמיטן זמן.


יישר כח פאר אלע שיעורים, חיזוק און עצות, און הדרכה פאר מלמדים, איך ווייס באמת נישט ווי אזוי מלמדים געבן זיך אן עצה אן דעם.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שווערע שאלה; דו ברענגסט צוויי זאכן וואס יעדע איינע פון זיי איז די חשוב'סטע זאך.


ווען מען רעדט פון רבינ'ס ציון, איז דאס די גרעסטע זאך פאר'ן מענטש; איז דאך זיכער אז מען דארף ענטפערן "אודאי פארן" - אן קיין שום שאלה נישט; ווידער ווען מען רעדט פון מלמדות, וואס איז דא גרעסערס פון זיין א מלמד פון קינדער? דאס איז דאך פון די גרעסטע זאכן אויף די וועלט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בְּהֶבֶל פִּיהֶם שֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט דאך נאר אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן; נאך מער, ווען משיח קומט יעצט און בעט די מלמדים זאלן אים קומען העלפן אויפבויען דעם בית המקדש, וואס מיר ווארטן שוין דערויף איבער צווייי טויזנט יאר - טארן מלמדים נישט גיין העלפן, די מלמדים דארפן בלייבן אין חדר מיט די קינדער, לערנען מיט זיי די הייליגע תורה (שבת, שם); איז ווען מען לייגט צאם ביידע, איז דאס א שווערע שאלה.


פרעג דעם מנהל ביי דיר אין מוסד אויב דו קענסט שטעלן א במקום; רעכן אויס א צייט וואס די קינדער וועלן נישט פארלירן פון די לימוד וכו', דער במקום וועט דאווענען מיט זיי, לערנען מיט זיי די פרשה און חזר'ן מיט זיי אביסל עברי, אזוי וועסטו זיך קענען אריבערכאפן צום ציון המצוינת, קודש הקדשים - זוכה זיין צו די גרויסע תיקונים וואס דער רבי האט מבטיח געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1264 - זאל איך ווייטער גיין הפצה?
קינדער, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געגאנגען הפצה מיט די קונטרסים "געזונטע אויגן", וואס רעדט פון שמירת עינים, און איינער האט מיר באוואשן פארוואס איך געבט דאס פאר קינדער. וויל איך פרעגן אויב דאס איז גערעכט, טאר מען טאקע נישט געבן די סארט קונטרסים פאר קינדער?


אויך ווייס איך נישט וואס צו טון בכלל וועגן הפצה, איך שיק מיינע קינדער אין דא אין חדר ביי אונז אין שטאט, און איך האב מורא אז מ'וועט חוזק מאכן פון זיי אין חדר אז זייער טאטע גייט הפצה, אדער וועט מען זיי גאר פארשיקן פון חדר ווייל איך גיי הפצה, און דאס האלט מיר אפ פון ווייטער טון הפצה נארמאל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק בתיקון העולם, דו פארשפרייסט די ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה און מפרסם די הייליגע אמונה. מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון הפצה; מיט יעדע קונטרס, ספר און גליון וכדומה וואס מען פארשפרייט - ברענגט מען נענטער די גאולה.


שטארק זיך אין די הייליגע עבודה, טו דעם רבינ'ס ווילן, וואס ער האט אונז געהייסן מיר זאלן מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים. דער רבי האט אונז אנגעזאגט און אנגעווארנט מיר זאלן טון הפצה, אויך האט ער פארשעמט די וואס האבן נישט עוסק געווען אין הפצה; דער הייליגער רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "פַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת", איינמאל מוצאי שבת, "עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ", ווען מיר זענען געווען ביים רבי'ן מיט נאך אנשני שלומינו, "וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, "וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", 'טרוקענע ביימער' - האט אונז דער רבי אנגערופן; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


בנוגע געבן פאר קינדער וכו'; ווען א קינד קומט צום טיר מיט צדקה זאלסטו אים זאגן: "פרעג דיינע עלטערן אויב זיי ווילן א שיינע מתנה", און אז דער קינד קומט צוריק זאגן: "מיינע עלטערן דארפן די מתנה", - זאלסטו אים געבן וואס דו פארשפרייסט, אזוי וועלן די עלטערן נישט האבן קיין טענות אויף דיר.


בנוגע וואס דו האסט מורא, אויב דו וועסט גיין הפצה וועט מען טשעפען דיינע קינדער; דארפסט נישט מורא האבן פון דעם, שומר מצוה לא ידע דבר רע, פון מצוות קומט נישט ארויס קיין שלעכטס; אין די זכות וואס דו ברענגסט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן וועלן דיינע קינדער ווערן געבענטשט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1263 - ווי אזוי קען איך זיך שטארקן צו היטן מיינע אויגן?
תפילות אויף אידיש, נסיונות, שמירת עינים, מקוה, בחירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס אנגעהויבן הערן די שיעורים, און צוביסלעך הויבן זיך אן זאכן צו רוקן ביי מיר צו גוטנס ברוך ה'.


איך האב א פראבלעם נאך פון אלס יונגער בחור, אז איך קען זיך נישט היטן די אויגן אין מקוה, איך ווער ממש משוגע פון דעם, פון איין זייט וואלט איך אפילו אויפגעהערט צו גיין אין מקוה בכלל, אבער פון די אנדערע זייט ווייס איך דאך אז ס'איז יא א גרויסע זאך צו גיין אין מקוה.


איך האב שוין חתונה געהאט ברוך ה', איך האב געמיינט אז דער פראבלעם וועט אוועקגיין, אבער דערווייל מוטשע איך זיך נאכאלץ מיט דעם. ברוך ה' אז איך האב נישט געטון קיין עבירות, קיינעם נישט אנגערירט חס ושלום אויף א שלעכטע וועג, אבער די אויגן קען איך זיך נישט היטן.


איך בעט זייער אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה ארויסצוקריכן פון דעם פראבלעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א איד איז געקומען צום רבי'ן פרעגן: "ווי אזוי קען מען זאגן א מענטש האט א בחירה, עס איז דא צייטן וואס עס איז נישט מעגליך אויפצוהערן טון וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון?" האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קי): "עס איז נישט אזוי, אפילו ווען עס זעט אויס אז מען קען נישט, איז נאכאלץ דא א בחירה, אויב מען וויל - טוט מען עס, און אז מען וויל נישט - טוט מען נישט". זאגט רבי נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענטפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן האבן די קשיא, זיי זענען שוין אזוי שטארק צוגעוואוינט צו טון שלעכטע מעשים, עד כדי כך אז זיי מיינען עס איז נישט מעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים".


אז דו וועסט היטן דיינע אויגן - וועסטו נישט האבן קיין בזיונות, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, חלק ב', סימן יד): "מִי שֶׁעוֹצֵם עֵינָיו מֵרְאוֹת בְּרָע, עַל יְדֵי זֶה נִצּוֹל מִבִּזְיוֹנוֹת", ווער עס היט זיך זיינע אויגן, ער קוקט נישט קיין שלעכטס - דורכדעם ווערט ער געראטעוועט פון בזיונות, און אויב חס ושלום מען היט נישט די אויגן - ווערט מען נאכדעם פארשעמט, ווייל אלע עבירות און אלע זינדיגע מענטשן הייבט זיך אן מיט די אויגן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה ב, י): "עֵינָא וְלִבָּא, תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַּחֲטָאָה אִינוּן", די אויגן און הארץ זענען די מעקלערס פאר'ן יצר הרע, דאס מאכט מען זאל אראפפאלן אין עבירות רחמנא לצלן.


אז מען היט זיך נישט די אויגן ווערט מען נאכדעם פארשעמט, ממש ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט (שיחות הר"ן, סימן דש), מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף דעם: "אַל תְּבִיאֵנִי לֹא לִידֵי נִסָּיוֹן וְלֹא לִידֵי בִּזָּיוֹן", ברענג מיר נישט צו קיין נסיונות און נישט צו קיין בזיונות, האט דער רבי געזאגט: "אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן", אויב עס ווערט אויס נסיון ווערט מען פארשעמט.


איידער דו גייסט ארויס פון שטוב און איידער דו גייסט אין מקוה זאלסטו מאכן א קליינע תפילה, בעט: "הייליגער באשעפער, היט מיר מיינע אויגן, היט מיר מיין מחשבה; איך זאל נישט קוקן קיין שלעכטס און נישט טראכטן קיין שלעכטס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1262 - ווי אזוי קען איך טוישן מיינע שלעכטע מדות?
כיבוד אב ואם, תפילות אויף אידיש, ספרי ברסלב, רבינו ז"ל, מדות טובות, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א צוועלף יעריג אינגל, איך הער די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א און דאס העלפט מיר אסאך אין לעבן.


איך דארף חיזוק אין כיבוד אב ואם, איך טרעף זיך אסאך מאל זיך טענה'ן און קריגן מיט מיינע עלטערן, און זיך פירן צו זיי מיט חוצפה. אויך איז מיר שווער זיך אויסצוקומען מיט מיינע געשוויסטער, איך קריג זיך מיט זיי יעדן טאג, און איך האב הנאה זיי צו טשעפען, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב ליב זיי צו מאכן וויינען.


אויך האב איך א פראבלעם אז ס'איז מיר זייער שווער צו נעמען אחריות אויף א טעות וואס איך האב געמאכט, איך וועל ענדערש ווארפן די שולד אויף יעדן איינעם אויסער אויף מיר.


אויך איז מיר זייער שווער זיך צו לאזן העלפן, אפשר וואלט איך געדארפט האבן מעדעצין מיר צו בארואיגן איך זאל זיך פירן ווי ס'דארף צו זיין, איך זאל זיין מער רואיגער און נישט אזוי ווילד, אבער איך וויל נישט נעמען קיין הילף.


איך וויל זיין וואויל און גוט, איך וויל זיין א צדיק, אבער איך פארליר זיך שנעל און איך ווייס נישט ווי אזוי ארויסצוגיין פון מיינע שלעכטע געוואוינהייטן. מיינע עלטערן האבן פרובירט צו העלפן אויף אלע וועגן, אבער מיר האבן נישט געטראפן קיין וועג, דעריבער האב איך געבעטן מיינע עלטערן אויב מיר קענען שיקן א בריוו צום ראש ישיבה שליט"א, אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר, חיזוק און הדרכה, אדער אפשר א תפלה צו זאגן, ווייל איך ווער שוין באלד בר מצוה, און ס'איז נישט קיין תכלית אזוי אנצוגיין. איך וויל אנהויבן א נייע לעבן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז גוט דו זאלסט זיך קובע זיין א שיעור צו לערנען דעם ספר "שבחי הר"ן", דעם רבינ'ס לעבן אין די יונגע יארן; דאס וועט זיין פאר דיר שטארקע חיזוק, דו וועסט זען צו וואס מען קען צוקומען דורך רעדן צום אייבערשטן; מען קען אויסארבעטן אלע שלעכטע מידות דורך התבודדות ותפילה.


דער רבי האט דערציילט אז ער האט געהאט די אלע פראבלעמען וואס דו שרייבסט און נאך אסאך מער פראבלעמען. עס איז שווער אראפצושרייבן די אלע שווערע נסיונות וואס דער הייליגער רבי איז אלץ אריבער; קוק אריין אין שבחי הר"ן (אות יד), ווי דער רבי האט דערציילט אז יעדע זאך וואס ער האט געוואלט טון איז אים אנגעקומען זייער שווער, צום ביישפיל ער האט נישט געקענט איינזיצן אויף איין פלאץ לערנען און דאווענען, דאס איז אים געווען פון די שווערסטע זאכן; מיט דעם האט דער רבי זיך געצווינגען צו זיצן אויף איין פלאץ לערנען און דאווענען, ביז ער האט צעבראכן די שלעכטע מידה.


אזוי אויך האט דער רבי דערציילט (שם, אות כב): "שֶׁמִּתְּחִלָּה הָיָה כַּעֲסָן גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד", אין אנהייב איז ער געווען זייער א גרויסער כעסן, ביז ער האט זוכה געווען זיך אויסצוארבעטן עד כדי כך צו ווערן פונקט דאס פארקערטע פון א כעסן, אפילו מען וועט אים טון אלע שלעכטס אין דער וועלט וועט ער נישט האבן קיין שום פיינטשאפט אדער קפידה, "אַדְּרַבָּא, הָיָה אוֹהֲבוֹ וְלֹא הָיָה בְּלִבּוֹ עָלָיו כְּלָל", פארקערט, ער וואלט אים ליב געהאט, ער וואלט נישט געהאט אין הארץ אויף יענעם קיין שום שלעכטס, "כִּי הָיָה רַק כֻּלּוֹ טוֹב מַמָּשׁ", ווייל דער רבי איז געווארן א שטיק גוטס.


אזוי אויך האט דער רבי אויסגעארבעט תאות אכילה און אלע אנדערע תאוות. דער רבי האט דערציילט (שם, אות טז) ווען ער האט געהאט זיינע שווערע ניסיונות איז ער געווען אין א גרויסע סכנה, וואס האט ער געטון? "וְהָיָה צוֹעֵק לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מְאֹד", ער האט געשריגן צום אייבערשטן, "עַד שֶׁזָּכָה לְהִתְגַּבֵּר עַל יִצְרוֹ וּלְהִנָּצֵל", ביז ער האט זיך געקענט שטארקן אויף זיין יצר הרע און ווערן געראטעוועט, ביז ער האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט.


יעצט אז דו גייסט שוין בר מצוה האבן, זאלסטו לערנען אסאך 'שבחי הר"ן' און אויך 'ספר פעלת הצדיק' פון אות כח ביז קכא; די אותיות זענען אין קורצן צאמגענומען דעם רבינ'ס יארן, פון די זעקס יאר - ביז ווען דער רבי איז געווארן וואס ער איז געווארן; אלעס דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן.


גיי אביסל שפאצירן יעדן טאג; זוך א ליידיגע פלאץ, דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר צו מכבד זיין דיינע עלטערן און ווי שווער עס איז דיר מודה צו זיין ווען דו האסט עפעס נישט גוט געטון; וויין צום אייבערשטן, זאג אים: "הייליגער באשעפער איך וויל אזוי שטארק זיין גוט, איך וויל אזוי שטארק זיין וואויל; וואס זאל איך טון? דער יצר הרע לאזט מיר נישט, עס איז מיר ביטער שווער".


אזוי זאלסטו טון טאג איין, טאג אויס - וועסטו זען אז דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק, דו וועסט ווערן געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1261 - ווי אזוי קען מיין ווייב פטור ווערן פון שלעכטע מחשבות?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, תשובה, עבירות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען נישט ברסלב'ע חסידים, אבער מיר האלטן מיט אלע שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, און דאס געבט אונז אסאך צו אין לעבן, יישר כח.


עס האט זיך געמאכט א פראבלעם ביי אונז. מיר געפונען זיך אין א פרומע פלאץ וואו מענער און פרויען, אפילו פון משפחה, גריסן זיך נישט און רעדן נישט קיין ווארט צווישן זיך, איך מיט מיין ווייב לעבן ברוך ה' זייער גוט אינאיינעם, מיר האבן א גוטע שלום בית, און מיר זענען זיך צוזאמען מחזק מיט אלעס.


דעם פראבלעם איז אז איך האב א שטיף ברודער, א בחור, און איין טאג זאגט מיר מיין ווייב אז ער איז איר זייער געפאלן, זי האט אנגעהויבן אסאך טראכטן פון אים, און ס'ציעט איר צו אים, כאטש וואס זי זעט אים זייער ווייניג.


זי ווייסט אז ס'איז נישט גוט, און זי איז אסאך מתפלל אויף דעם, און מיט דעם אלעם טרעפט זי זיך אסאך טראכטן פון אים. זי בעט איך זאל איר העלפן ארויסגיין פון דעם פראבלעם, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען איר העלפן. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר אונז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב זי זאל זאגן אביסל תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהילים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


אז זי וויל ארויסגיין פון דעם פראבלעם זאל זי זאגן תהילים; אז זי קען זאגן דעם "יום תהילים" יעדן טאג איז גאר גוט און אז זי האט נישט קיין סאך צייט, זי איז פארנומען מיט די קינדער - זאל זי זאגן אביסל תהילים, וויפיל זי קען, דאס וועט איר ברענגען צו תשובה, עס וועט ארויסגיין פון איר קאפ די אלע נישט גוטע מחשבות; אנשטאט טראכטן פון דעם און פון יענעם - וועט זי טראכטן פונעם אייבערשטן.


זאג איר זי זאל נישט מאכן קיין עסק פון די מחשבות, זיך נישט קריגן מיט די מחשבות; ווייל ווען מען קריגט זיך מיט די נישט גוטע מחשבות ווערן זיי שטערקער, ווען עס קומט אריין די שלעכטע מחשבות זאל זי בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1260 - זאל איך זיך היילן מיט נאטירליכע מיטלען?
רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב מען מעג גיין צו אזעלכע מענטשן וואס היילן דורך פארשידענע נאטירליכע ענערדזשי מיטלען. דא אין ארץ ישראל איז באוואוסט א זאך וואס הייסט "מח אחד", מען טאפט די מאסעלס בשעת מען פרעגט דעם פאציענט זאכן וועגן אים, און דער היילער שפירט ווי אזוי די מאסעלס רעאגירן.


איך ווייס פון א צווייטן וואס היילט מיט די הענט, ער זאגט אבער כסדר אז אלעס איז פון אייבערשטן, ער איז נאר א שליח. ער קען זאגן גלייך וואס די מחלה איז, און דער שורש דערפון.


נאך א מיטל איז דא מיט'ן נאמען "באך פלאהער רעמעדיעס", מען לייגט נעבן דעם גוף וויטאמינען, הערבס, אדער מעדיצינען, און מען פילט צי עס איז גוט פאר דעם מענטש.


און אזוי ווייטער איז דא נאך פארשידענע סארט אזעלכע מיטלען צו היילן. וויל איך וויסן אזוי ווי עס זענען דא רבנים וואס זאגן אז דאס איז כישוף, און אנדערע זאגן אז עס איז נישט קיין פראבלעם, וויל איך וויסן צי מען מעג גיין צו זיי זיך צו היילן פון א פיזישע קרענק אדער א נפשיות'דיגע קרענק. איך ווייס פון מענטשן וואס טענה'ן אז זיי זענען אויסגעהיילט פון קראנקהייטן דורך די סארט זאכן.


וואס האלט דער ראש ישיבה שליט"א וועגן דעם?


 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די אלע זאכן זענען נארישקייטן; א שאד זיך נאריש מאכן מיט די אלע זאכן, א שאד די צייט און א שאד די געלט.


אידישע קינדער האבן די הייליגע תורה, די תורה איז אונזער וועג ווייזער; די אלע נייע זאכן, חדשים מקרוב באו - דאס איז נישט דער וועג פון די תורה, דאס איז אלעס דמיונות און חלומות.


לאז זיך אפ פון די זאכן; גיי אין די וועגן פון די צדיקים, אין די פיס טריט פון די הייליגע צדיקים פון אלע דורות. אז מען האט געהאט א ספק ווי אזוי זיך צו פירן האט מען געבעטן דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ וְלֹא נָבִיא, לֹא כֹהֵן וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים, וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד", אין אונזערע דורות ווען מיר זענען אין גלות, אן קיין קעניג, אן קיין נביא, אן קיין כהן גדול און אן קיין אורים ותומים, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", האט דוד המלך געבעטן דעם אייבערשטן פאר אונז, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", רבונו של עולם נעם אן זייערע תפילות.


מאך זיך שיעורים אין די הייליגע תורה; מאך זיך א שיעור אין מקרא, משנה, גמרא און מדרש - וועסטו זען ווי אזוי זיך צו פירן, די תורה וועט דיר העלפן אין יעדע פרט.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג נאכזאגן פונעם חזון איש זכותו יגן עלינו, מען האט אים געפרעגט צי היינט איז דא די אורים ותומים, האט ער געענטפערט: "מיין אורים ותומים איז דער שולחן ערוך; ווען איך דארף וויסן ווי אזוי זיך צו פירן קוק איך אין שלחן ערוך".


די אלע זאכן זענען פוסטע נארישקייטן.


וואויל איז דעם וואס נארט זיך נישט, ער הערט נישט אויס די אלע חזיונות, חלומות און דמיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1259 - פון ווען הויבט מען אן מחנך זיין קינדער צו מאכן ברכות?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון איז שוין צוויי יאר, איך מיט מיין ווייב פרובירן אריין צו לייגן אין אים אביסל מושגים פון יום טוב פסח, אויסער וואס ער לערנט אין חדר, מיר זינגען מיט אים "מה נשתנה" און אביסל וואס מיינט חמץ און מצה און דאס אז דער אייבערשטער האט באשאפען אלעס און ער האט אונז געמאכט ניסים און ארויס גענומען פון מצרים, און מ'דארף דאנקען דעם הייליגן באשעפער אויף יעדע זאך, און אזוי ווייטער. איך פרוביר צו רעדן מיט אים לויט וויפיל איך טראכט אז ער קען אויפכאפן, און האף אז ער כאפט עס טאקע אויף.


למשל האב איך אים איין טאג געזאגט ער זאל קוקן אויפ'ן הימל, וואס דארט איז דער אייבערשטער, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט "טוב להסתכל על השמים", און זייט דעמאלט ווען איך גיי מיט אים אין גאס זאגט ער מיר אויף זיין קינדערישע שפראך, "טאטי, הימל", איך פרעג אים וואו איז דער אייבערשטער? ווייזט ער אויבן, און ער זאגט הימל.


אפשר בין איך מגזים, אפשר איז ער נאך צו יונג, ווען איז די יארגאנג וואס מ'דארף אנהויבן משקיע זיין אין די קינדער?


איך פרוביר עס צו מאכן מיט א געשמאק, אבער איך וויל האבן אן הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א אין די נושא, פון ווען דארף מען מחנך זיין אז ס'איז דא א באשעפער? מ'זאגט מיט אים מודה אני אינדערפרי און א ברכה פאר'ן עסן, אבער איך וויס נישט אויב ער כאפט באמת וואס מ'זאגט מיט אים, דארף מען טאקע שטיין שטארק אויף א ברכה פאר'ן עסן?


איך וועל זיך פרייען אויף אן ענטפער מיט א קלארע הדרכה און השקפה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחנך דיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג - זיי זאלן מאכן ברכות, און דו לייגסט אריין אין זיי אמונה, דו רעדסט צו זיי פונעם אייבערשטן.


עס איז נישטא קיין צייט פון ווען מען דארף אנהייבן רעדן צו די קינדער פון אמונה; עס הייבט זיך אן פון ווען זיי ווערן געבוירן. פון דעמאלט זינגט מען זיי ניגונים פון אמונה, ניגונים פון תורה, ניגונים פון זיין א איד; די אידישע מאמעס זינגען שוין מיט די קינדער פונעם געבוירן אן ניגונים פון לערנען די הייליגע תורה און פון אמונה.


אז מען איז מחנך די קינדער פון קליינערהייט צו מאכן ברכות, וועלן זיי זייער גאנץ לעבן מאכן ברכות. ווען זיי זענען גאר קליין, צוויי יאר אלט, זאגט מען די ברכה פאר זיי; אין אנהייב הערן זיי, זיי כאפן נאך נישט אויף די ברכה און נאך א שטיק צייט הייבן זיי אן אויפכאפן 'ברוך', נאך אביסל כאפן זיי אויף 'אתה', ביז זיי לערנען זיך אויס די גאנצע ברכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות מח.): אביי און רבא ווען זיי זענען נאך געווען קליינע קינדער זענען זיי אמאל געזעצן פאר רבה, האט זיי רבה געפרעגט: "לְמִי מְבָרְכִין", צו וועמען בענטשן מיר ברכת המזון? האבן זיי געענטפערט: "לְרַחֲמָנָא", צום אייבערשטן. האט רבה זיי ווייטער געפרעגט, וואס דו פרעגסט דיין קליין קינד: "וְרַחֲמָנָא הֵיכָא יָתֵיב", וואו וואוינט דער אייבערשטער? "רָבָא אַחֲוֵי לִשְׁמֵי טְלָלָא", רבא האט געוויזן אויפ'ן דאך, "אַבַּיֵי נָפַק לְבָרָא, אַחֲוֵי כְּלַפֵּי שְׁמַיָּא", און אביי איז ארויס אין גאס און געוויזן אויפ'ן הימל. האט רבה זיי געזאגט: "תַּרְוַויְיכוּ רַבָּנָן הֲוִיתוּ", ביידע פון אייך וועלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים. דאס איז די שפריך ווארט וואס מענטשן דרוקן זיך אויס: "בּוּצִין בּוּצִין מִקִּטְפֵיהּ יְדִיעַ" - מען קען זען אויף פירות ווען זיי זענען נאך גאר קליין צי דאס גייט אויסקומען א גוטע פרוכט; אז קליינע קינדער ווייסן שוין אז מען בענטשט צום אייבערשטן וועלן זיי זיכער אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1258 - ווי אזוי קען איך מאכן איך זאל נישט ווערן אזוי שנעל רויט?
בושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם אז איך ווער זייער שנעל רויט פאר גארנישט, איך זוך אן עצה דערויף, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אונז געלערנט אז יעדע פראבלעם וואס מיר האבן זאלן מיר בעטן דעם אייבערשטן דערויף; נישט קיין חילוק א קליינע פראבלעם - א גרויסע פראבלעם, א פיזישע פראבלעם - א גייסטישע פראבלעם, א פראבלעם פון זיך אליינס - אדער פון אנדערע; אלעס זאל מען בעטן דעם אייבערשטן.


דער רבי זאגט (ספר המידות אות תפילה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים, הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל הֵן עַל דָּבָר קָטָן, תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך, סיי גרויסע זאכן, סיי קליינע זאכן - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן.


מענטשן טראכטן: 'די קלייניקייט בעט איך נישט; איך גיי נישט מוטשען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך'; מען מיינט אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן ווערט דער אייבערשטער אפגעמאטערט, דער אייבערשטער ווערט נישט אפגעמאטערט, דער אייבערשטער איז נישט קיין בשר ודם, דער אייבערשטער ווארט צו הערן ווי מען בעט אים און מען מוטשעט אים.


נעם דיר א באשטימטע זאך צו בעטן אויף דעם יעדן טאג, וועסטו זען ווי עס וועט זיך טוישן; דו וועסט זיך מער נישט שעמען פון אנדערע, דו וועסט מער נישט ווערן רויט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.