שאלה אין קורצן ענין
#7 - וויפיל געלט מעג מען אויסגעבן ביי א שמחה?
אידיש געלט, שמחות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


כלל ישראל שטורעמט און האט נישט די ווערטער אייך צו באדאנקען אויף די התעוררות צו שפארן געלט ביי שמחות, וויפיל צענדליגע טויזנטער דאלארן ווערן פארשווענדעט ביי חתונות, וואס פעלט בכלל נישט אויס.


מיין שאלה איז ביי קלענערע שמחות, למשל ביי א וואכנאכט אדער קידוש, מעג מען צושטעלן א נארמאלע שמחה פאר אפאר הונדערט דאלער? אז די אידן וואס קומען אריבער וואונטשן מזל טוב, זאלן האבן וואס צו עסן.


איך רעד נישט פון איינעם וויל זיך אויפרייסן און פארשווענדען טויזנטער דאלארן פאר כבוד המדומה, איך רעד פשוט פון א שיינע נארמאלע שמחה וואס קאסט אפאר הונדערט דאלער.


איך פרעג ווייל אין מיין געגנט איז דא א ברסלב'ער שטיבל, און ווען איך גיי אהין צו שמחות, זאגט מען מיר אז א קידוש טאר נישט קאסטן מער ווי פופציג אדער הונדערט דאלער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט און געשריבן אן א שיעור איבער דעם אז מען זאל נישט אויסגעבן געלט פאר שמחות ווען עס פעלט בכלל נישט אויס. אפילו די וועם דער אייבערשטער האט באשאנקען מיט געלט - טארן אויך נישט אויסשפענדן געלט פאר טייערע שמחות, אפגערעדט דער וואס האט נישט קיין געלט טאר נישט בארגן געלט פאר איבעריגע זאכן וואס פעלט נישט אויס. און דערפאר פירן זיך תלמידי היכל הקודש צו מאכן פשוט'ע שמחות אן קיין מותרות וכו' אזוי ווי א אידישע שמחה דארף אויסקוקן; מען איז פרייליך, פול מיט דאנק און לויב צום אייבערשטן און די שמחה איז א גאנצע שמחה.


ווען מען מאכט א שמחה דארף מען אכטונג געבן נישט צו מאכן פון עיקר טפל און פון טפל עיקר, דער עיקר דארף מען געדענקען צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אונז און אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף ווייטער.


געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו באקומען א בירור המדמה, דו וועסט וויסן ביי יעדע זאך וואס צו טון און ווי אזוי צו טון. מען האט געזען ביי ברסלב'ע חסידים אז ווער עס האט געפאלגט דעם רבי'ן מיט די עצה פון התבודדות האט זוכה געווען צו א שטארקע ישוב הדעת אין יעדע פרט אין לעבן. עס קען זיין אפילו פשוט'ע מענטשן וכו', אויב מען נעמט די עצה פון התבודדות, מען שמועסט מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך באקומט מען א סארט שכל וואס מען געפונט נישט ביי גרויסע מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#6 - אויף חתונות שפארט מען, פארוואס אויף אומאן געבט מען יא אויס געלט?
אומאן, חתונה, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר נישט אויסצוגעבן איבריג געלט אויף אידישע שמחות, אז מ'זאל שפארן ווי ווייט מעגליך און נישט מאכן קיין טייערע שמחות.


למעשה אבער ווען ס'קומט צו אומאן, וואס דאס קאסט אויך אסאך געלט פאר די טיקעטס, אכסניה, און אזוי ווייטער, דארט געבט מען יא אויס אסאך געלט. פארוואס איז דאס אנדערש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין דער חילוק פון אויסגעבן געלט פאר נישטיגע פאר שעה ווען מען מאכט א שמחה צו געווינען דערביי אביסל כבוד המדומה וכו', ביז אויסגעבן געלט צוליב פארן קיין אומאן צו א צדיק וואס האט מבטיח געווען פאר ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה אז ער וועט אים פאררעכטן מיט אן אייביגער תיקון.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


די אלע וואס פארן קיין אומאן און צאלן אלע געלטער זוכה זיין צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה ביי זיי איז דאס ווי ווען עס ווארט פאר א מענטש א שווערע משפט. ווען מען שטייט פאר א משפט נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס עס איז נאר דא; ווער רעדט נאך אויב עס ווארט פאר א מענטש א משפט פון טויט שטראף רחמנא לצלן, דאן נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס איז נאר דא אין די גאנצע וועלט - אפילו עס זאל קאסטן אסאך געלט, און מען וועט טון אלעס וואס מען קען צו באקומען דעם גאר טייערן לויער וואס ער קען אפשר ראטעווען דעם מענטש. דאס זעלבע איז ווען עס קומט ראש השנה, דער גרויסער יום הדין וואס: "וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ, וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם", דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף די וועלט צו נעמען א גוטן לויער, איינער וואס וועט אים העלפן ניצול צו ווערן פון די שלעכטע גזירות.


דער רבי - ער איז דער גרעסטער לויער וואס איז דא אויף די וועלט; דערפאר פארן מיר קיין אומאן אויף ראש השנה אפילו עס איז אונז שווער, און מיר צאלן פאר דעם אלע געלט וואס פארלאנגט זיך פאר דעם אבי צו זיין אין אומאן ראש השנה.


עס איז א גרויסע רחמנות אויף אידישע קינדער אז ווען עס קומט די צייט פון מאכן שמחות ווערט מען א בעל חוב, מען ווייסט נישט וואו זיך אהין צו טון; מען בארגט פון חברים, קרובים, משפחה און מען קען דאס נישט באצאלן ווען עס קומט איין שמחה נאכ'ן צווייטן. רבי נתן זאגט: "פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם גלייך, אבער פאר איבעריגע זאכן, פאר מותרות און נארישקייטן - דארט ווערט מען פארשווארצט".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, ער זאל אונז ארויסנעמען פון די גלות פון די אומות העולם און פון אונזער אייגענע גלות וואס מיר לייגן זיך אליינס ארויף, עס זאל שוין מקיום ווערן וואס מיר בעטן יעדן טאג ביים דאווענען: "וּשְׁבֹר עוֹל הַגּוֹיִם", דער גלות פון די פעלקער, "וְעוֹל הַגָּלֻיּוֹת", און די אייגענע גלות, "מֵעַל צַוָּארֵנוּ, וְתוֹלִיכֵנוּ מְהֵרָה קוֹמְמִיּוּת לְאַרְצֵנוּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - פארוואס זאלן די ביליגע חתונות זיין נאר פאר ברסלב?
חתונה, מוהרא"ש, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ס'איז זייער צום באוואונדערן אייער גרויסער כח בכלליות, און בפרט אין דעם ענין פון חתונה מאכן פראקטיש און ביליג, און נישט פארפאטשקענען אזויפיל געלט און צייט ווען מ'האט גארנישט דערפון.


מיין שאלה איז אבער פארוואס מ'זעט נישט מענטשן זאלן דאס נאכמאכן? די חתונה סטאנדארט ביים היימישן ציבור איז דאך אזוי הויך און איבערגעטריבן, פארוואס זאלן אנדערע רבנים און ראשי ישיבות דאס נישט נאכמאכן און אויך מאכן חתונות אין שול פאר ביליג, פארוואס זאל דאס זיין נאר פאר היכל הקודש ברסלב?


וואס קען מען טון אז דער געדאנק זאל ווערן מער באוואוסט און אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל?


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב פשוט נישט די ווערטער גענוג צו באדאנקען, איר זענט ממש פון די פלאי הבריאה, אייערע זכותים זענען אומשאצבאר.


אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז נעכטן איז פארגעקומען די פינפטע חתונה אין ישיבה - אזוי שיין און אזוי אידיש; עס האט גארנישט געפעלט פאר די חתונה, עס איז געווען אזוי פרייליך. די חתן כלה זענען אזוי פרייליך, און די עלטערן זענען משונה פרייליך אז עס האט זיי נישט געקאסט קיין איין פרוטה.


אלע וואס האבן זיך באטייליגט ביי די נעכטיגע חתונה און אלע וואס האבן מיט געהאלטן די פריערדיגע חתונות אין ישיבה זאגן פה אחד: "א שאד אויסצוגעבן געלט פאר אפאר שעה ווען מען קען דאס מאכן בחינם".


די גאנצע זאך פון מאכן פשוט'ע שמחות איז נישט מיין געדאנק, די זאך פון מאכן חתונות בחינם אין ישיבה אדער אין א שול קומט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס האט דאס שוין פאר לאנגע יארן איינגעפירט אין יבניאל פאר אנשי שלומינו. מוהרא"ש האט געבויט א זאל אין יבניאל אונטערן גרויסן שול אז אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן בחינם; די עסן ווערט געקאכט דורך אנשי שלומינו וועלכע צעטיילן זיך מיט די סעודה, איינער מאכט א קוגל, איינער פיש, איינער ברענגט חלות און אזוי ווייטער.


מיר האבן סך הכל געטון צו די זאך לעובדא ולמעשה וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט; אנגעהויבן האט זיך דאס פאריגע יאר ווען מיידלעך פון אונזער סקול 'בית פיגא' האבן אנגעהויבן צו ווערן כלות. אין 'בית פיגא' לערנט מען מיט די מיידלעך אז זיי זאלן אכטונג געבן אויף זייערע עלטערנ'ס געלט, און אז עס לוינט זיך נישט צו קויפן א חתונה קלייד פון טויזנטער דאללער פאר אפאר שעה ווען דער טאטע האט נישט דאס געלט און ער דארף בארגן געלט בשעת מען קען נעמען פאר בחינם א קלייד פון א גמ"ח און האבן א געזונטע טאטע, און אז עס איז נאריש צו דינגען א זאל פאר די פאר שעה פון די חתונה פאר צענדליגער טויזנטער דאללער בשעת מען קען חתונה האבן אין שול, און מען קען אנהייבן דאס לעבן מיט א מאן מיט ליבשאפט אן בארגן געלט. די כלות האבן אלע געזאגט אז זיי ווילן חתונה האבן אין ישיבה, האבן מיר געקענט אנהייבן דאס אויספירן אויף למעשה און מאכן חתונות אין ישיבה.


עס פעלט גארנישט פאר די חתונות אין ישיבה, איין זאך איז נישט דא: "חובות"; די חתונות אין ישיבה זענען בחינם. די מוזיק מאכן די בחורים, די עסן מאכן די פרויען פון אנשי שלומינו; איינער מאכט פיש, איינער קוגל וכו', איינער בילקעלעך, טרינקען און פעיפער-גודס קומט פון די קאך פון ישיבה; אזוי אויך זענען נישט דא קיין סארווערס, די עסן ליגט אין די זייט און יעדער נעמט זיך אליין. ביי מצוה טאנץ איז נישט דא קיין לאנגע דרשות פון הספדים, נאר דער שמש רופט אויס צום טאנצן, ער זאגט בקיצור: "יעמוד", "יעמוד" פאר די זיידעס, מחותנים און חתן כלה. משפחה טאנצ'ן נישט קיין מצוה טאנץ, מצוה טאנץ איז נאר פאר זיידעס, עלטערן און חתן כלה.


דער וואס האט נאך נישט חתונה געמאכט פארשטייט נישט דעם געדאנק פון חתונה מאכן אין ישיבה וכו', אבער דער וואס האט שוין חתונה געמאכט און איז געבליבן מיט חובות - דער ווייסט שוין גאר גוט דאס חשיבות דערפון; עס איז נישט דא נאך אזא שמחה אז די מחותנים קענען זיצן און עסן רואיג און זענען זיך משמח ווי ווען עס קאסט זיי גארנישט קיין געלט.


ביי חתונות זענען אלע פרייליך; די געסט זענען פרייליך, חתן כלה זענען משונה פרייליך, די מחותנים זענען אויך פרייליך - אבער עס דרוקט זיי די חובות. אסאך מאל דארף מען רופן 'הצלה' ביי א חתונה צום מחותן ווען עס הייבט אים אן דרוקן זיין הארץ פון די חובות אין וואס ער איז אריין. ווען די חתונה ענדיגט זיך גייען אלע אהיים, אלע פארגעסן וואס עס איז געווען, חוץ די מחותנים - זיי דארפן נעבעך בלוטיגן פון די חובות פון די חתונה נאכט.


דאס וואס דו פרעגסט: "ווי אזוי מען קען דאס אריין ברענגען אין דער וועלט וכו'?" נאך אביסל וועלן דאס אלע נאכמאכן - צי מען וויל יא צי מען וויל נישט; דער עולם הייבט אן צו כאפן וואס די עשירים טוען נעבעך מיט'ן המון עם, ווי זיי טרינקען אויס דאס בלוט פון אידישע קינדער. זיי זענען קראנק פאר אביסל כבוד המדומה דערפאר ווייזן זיי ביי זייערע שמחות אז זיי האבן געלט, נאכדעם דארפן אלע זיי נאכמאכן, וועט עס סיי ווי פלאצן; על כל פנים איך דארף זען אז מיינע תלמידים זאלן נישט האבן קיין חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל לעבן פאר זיך, מען זאל זיין פרייליך ביי א שמחה און מען זאל הנאה האבן פון די שמחה, עס זאל זיין מיטן אייבערשטן - אן בארגן און אן גנב'נען פון א צווייטן.

#4 - ווי אזוי מאכט מען די קינדער זאלן מסכים זיין צו ביליגע שמחות?
חינוך הילדים, אידיש געלט, שמחות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר גייען אי"ה בר מצוה מאכן בקרוב, און מיר גרייטן זיך צו מאכן בלויז א קידוש שבת אין שול, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א איז שטענדיג מעורר אז ס'איז נישט כדאי צו אויסווארפן אזויפיל געלט אויף די עטליכע שעה פון די שמחה, ובפרט אז מ'האט נישט פון וואו דאס צו באצאלן.


דער פראבלעם איז אבער אז מיין זון, דער בר מצוה בחור, איז זייער נישט צופרידן דערפון. וויפיל מיר האבן פרובירט אים מסביר צו זיין די גרויסע זכות צו מאכן א ביליגע שמחה און נישט אריינפאלן אין חובות, וויל ער דאס נישט פארשטיין, און אויך האט ער מורא פון זיין חברים וואס לאכן פון אים אז ער גייט נישט האבן א נארמאלע בר מצוה אין א זאל אזוי ווי יעדער איינער.


איך בין זיכער אז אויב וועט ער באקומען א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט חיזוק אויף דעם ענין, וואס דאס אים געבן די כוחות עס יא צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלעס ווענדט זיך אינעם חינוך וואס מען געבט פאר די קינדער; קינדער וואס וואקסן אויף געזונט, אז יעדע זאך וואס מען 'דארף' האבן קויפט מען און יעדע זאך וואס מען 'וויל' האבן – ווייל יענער האט דאס – קויפט מען נישט, אזוי אויך קינדער וואס וואקסן אויף מיט אן אמת'ע לעבן וואס מען לעבט פאר זיך, מען לעבט נישט ווייל יענער לעבט, דעמאלט ווען עס קומט צו פראווען זייערע שמחות, ווי א בר מצוה, חתונה וכדומה, וועלן זיי נישט בעטן פון די עלטערן צו מאכן טייערע שמחות צוליב וואס 'יענער' מאכט אזוי און אזוי, נאר זיי וועלן זיין פרייליך מיט די שמחה אליינס און פארשטיין אז טאטע מאמע האבן נישט וכו'.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ביי אונז אינעם מוסד אין וויליאמסבורג איז מען מחנך די קינדער צו לעבן פאר זיך און נישט קוקן אויף יענעם; מען לייגט א שטארקע דגוש אויף דעם - בעיקר ביי די מיידלעך - אז נישט יעדע זאך וואס מען 'וויל' באקומט מען. מען לערנט זיי אויס דעם חילוק פון א זאך וואס מען 'דארף' און א זאך וואס מען 'וויל'.


איך כאפ אן א דוגמא, ווען עס קומט אנהייב יאר, די צייט ווען מען דארף זיך אנגרייטן פארן קומענדיגן יאר שולע, אויב קען מען נאך נוצן די טאש פון פאריאר 'דארף' מען נישט קויפן א נייע; עס קען זיין צומאל אז מען 'וויל' א נייע, ווייל יעדער מענטש 'וויל' נייע און שיינע זאכן וכו', אבער מען איז מסביר אין שולע פאר די קינדער אז א נייע טאש קאסט פאר די עלטערן געלט. מען לערנט מיט זיי אז זאכן קאסטן געלט און מען קען נישט מוטשען די טאטע מאמע און בלאזן, סטראשענדיג אז מען גייט נישט אין שולע ביז מען באקומט א נייע, אפילו עס רעדט זיך דא פון קליין געלט, אבער אז מען איז מחנך די קינדער אויף דעם וועלן זיי דאס פארשטיין ווען עס קומט זייער צייט חתונה צו האבן אדער בר מצוה האבן און זיי וועלן גיין צו די שמחה פרייליך און צופרידן.


דעריבער אז דו דארפסט אן עצה ווי אזוי דו קענסט אריין ברענגען ביי דיינע קינדער ביליגע שמחות וכדומה, זאלסטו רעדן מיט דיינע קינדער אסאך דיבורים פון אמונה. ביי די שבת'דיגע סעודות זאלסטו אסאך רעדן פון דאס גרויסקייט פון לעבן מיטן אייבערשטן, דערצייל זיי די מעשה פונעם 'בעל תפילה' וואס דער הייליגער רבי האט אונז דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), ווי דער בעל תפילה פלעגט זאגן פארן אלעמען: "עֶס אִיז נִישְׁט דָא קַיין אַנְדֶערֶע תַּכְלִית אוֹיף דֶער וֶועלְט, נָאר צוּ דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן", וואס דער גיבור האט געזאגט פארן בעל תפילה: "אִיךְ הָאבּ גֶעהֶערְט פוּנֶעם קֶענִיג אַז פוּן אַלֶע תַּאֲווֹת קֶען מֶען אַרוֹיס נֶעמֶען דֶעם מֶענְטְשׁ חוּץ אַ מֶענְטְשׁ וָואס אִיז אַרַיין גֶעפַאלְן אִין תַּאֲוַת מָמוֹן", און וואס דער בעל תפילה האט געזאגט: "נָאךְ אַלְץ וִוילְט אִיר גֶעלְט? פוּן גֶעלְט זָאלְט אִיר מִיט מִיר נִישְׁט שְׁמוּעֶסְן".


אז דו וואוינסט אין ארץ ישראל זאלסטו פארן קיין יבנאל מיט דיינע קינדער און זען דאס בית המדרש וואס מוהרא"ש האט געבויט, זאלסט געבן א קוק וואס שטייט ביים אריינגאנג צום בית המדרש; מוהרא"ש האט געשריבן אויפן טיר פונעם בית המדרש די ווערטער: "הַבַּעַל תְּפִילָּה אָמַר: עֲדַיִן אַתֶּם רוֹצִים מָמוֹן? מִמָּמוֹן לֹא תְּדַבְּרוּ כְּלָל", אין אידיש: "דער בעל תפילה האט געזאגט: נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן".


יעדעס מאל ווען איך בין זוכה צו זיין אין יבנאל גיי איך נאכאמאל צום גרויסן בית המדרש נאר צו זען דעם טאוול; דאס ברענגט יעדעס מאל אריין אין מיר א שטארקע התעוררות, זעענדיג ווי מוהרא"ש האט געלעבט מיטן אייבערשטן און ווי שטארק מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך.


ליין איבער דעם בריו נאכאמאל און נאכמאל.

#3 - זאל איך זיך עקש'נען נישט צו באקומען טייערע צירונגען?
חתונה, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים, חיזוק און עצות, וואס העלפט מיר כסדר אין מיין לעבן. איך האב ברוך ה' זוכה געווען א כלה צו ווערן מיט א הערליכע שידוך אזוי ווי איך האב אלץ מתפלל געווען, און אויך איז ער ברוך ה' א תלמיד פון די הייליגע ישיבה, און איך דאנק דעם אייבערשטן דערפאר.


מיין שאלה איז אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך וועגן ביליגע מתנות, און ברוך ה' איך דארף טאקע נישט די גאלדענע צירונגען, וואס זאל איך אבער טון אז מיין מאמע וויל יא איך זאל האבן אזוי ווי אלע כלות? איז מיין שאלה צי איך זאל זיך עקשנ'ען אויף ביליג אדער בעסער לאזן אזוי און ביידע מחותנים זאלן דארפן באצאלן טייער.


אויך האב איך געוואלט בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב עס איז מעגליך איך זאל האבן די זכיה דער ראש ישיבה שליט"א זאל קומען צו מיין חתונה.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח אויף אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב צו דיין שידוך! דו האסט זוכה געווען צו באקומען זייער א וואוילער חתן, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן מיט דיין חתן ... נרו יאיר א אידישע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


בנוגע אויסגעבן געלט פאר מתנות וכדומה; דו קענסט זאגן שיינערהייט פאר דיינע עלטערן אז דו וועסט זיין פרייליך ביז גאר אפילו מיט פשוט'ע מתנות אן אויסגעבן געלט, און אז זיי ווילן נאך אלץ קויפן טייערע זאכן ווייל "אזוי טוט יעדער", זאלסטו זיי דאנקען און שעצן, נישט חס ושלום אוועק מאכן.


איך וויל אויך זייער שטארק קומען צו אייער חתונה; איך בין אבער נישט תלוי אין מיר אליינס, ממילא קען איך נישט זאגן יעצט וואס וועט זיין, דער תם פלעגט זאגן (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "ביים אייבערשטן איז אלעס מעגליך".


דער עיקר זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים, וועט דער אייבערשטער טון מיט דיר נאך חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - וואס איז די יושר נישט צו געבן פאר א כלה טייערע צירונגען?
חתונה, חיזוק פאר פרויען, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אייערע שיעורים, און איך מיט מיין גאנצע משפחה שעפן אסאך חיזוק און אמונה פון די שיעורים.


ביז עס איז אבער אנגעקומען די שמועס איבער די צירונגען פאר א כלה, דאס קען איך שוין נישט פארשטיין, און דאס טוט מיר זייער וויי.


איך האב געהערט אז איר האט געקויפט א זייגער פאר אייער כלה פאר בלויז 195$, ס'איז טאקע א שיינע זאך צו שפארן געלט, אבער כ'האב מורא אז מענטשן וועלן דאס אויסנוצן אויף נישט א ריכטיגן אופן.


איך פארשטיי נישט; א מיידל האט א געשמאקע לעבן, און זי גייט און זי איז זיך משעבד צו א מאן, זי נעמט זיך אונטער צו האדעווען קינדער, זי איז מוותר אויף איר שלאף, אויף איר האר, אויף אירע כוחות, און אויף אלעס, און זי האט חתונה מיט א בחור וואס איז א גרויסער ספק אויב ער וועט איר טאקע מכבד זיין, רוב היינטיגע חתנים זענען נישט אזעלכע זיסע צוקערדיגע מענער, און רוב חתנים שטייען נידריגער אין יראת שמים ווי די כלות.


איז דא כאטש איין זאך מיט וואס די כלה קען זיך טרייסטן, כאטש איין זאך מיט וואס זי ווערט באצאלט, דאס איז מיט די טייערע צירונגען, מיט דעם קען זי זיין אביסל פרייליך; און יעצט גייט מען און מען נעמט דאס אויך צו פון איר?! סתם חתונה האבן אומזיסט, נישט באקומען רעספעקט פונעם מאן, און זיין א שפחה בחנם?!


און בכלל איז דאס נישט גלייך אויף גלייך, אפשר זאל די מאמע אליין אויפנייען די בעקיטשעס און קליידער פאר'ן חתן, אזוי וועט עס אויך אויסקומען צו בלויז 159$? אפשר זאל דער חתן קויפן די ביליגע קאפל-שטריימל? אין די תורה זעט מען פארקערט, מ'זעט אז אליעזר האט געגעבן צירונגען פאר רבקה, אבער רבקה האט נישט געגעבן מלבושים פאר'ן חתן.


ביי אסאך מוסדות רעדט מען צו די מיידלעך אז זיי זאלן מוותר זיין אויף די טייערע צירונגען, און איך מיין אז דאס איז נישט ריכטיג. ס'איז טאקע א שיינע זאך חתונה צו מאכן אן חובות, אבער ס'איז נישט קיין חכמה צו צעקוועטשן די וואוילע פרויען בלויז ווייל ס'איז יעצט אין סטייל צו שפארן געלט ביי חתונות.


איך האף איר וועט מיר דאס קענען ענטפערן, און מזל טוב צו די שמחה, מיט אסאך נחת דקדושה.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען אז מיין זון - בני בכורי נרו יאיר איז א חתן געווארן למזל טוב מיט א מיידל א תלמידה פון בית פיגא ברסלב.


אסאך יארן האב איך געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר העלפן איך זאל טרעפן שידוכים פאר מיינע קינדער יונגערהייט כדי זיי זאלן גיין צו די חופה בקדושה ובטהרה, אויך האב איך געבעטן דעם אייבערשטן זייער אסאך איך זאל טרעפן א כלה וואס איז מקורב צום רבי'ן, א כלה וואס קומט פון א שטוב וואו דער רבי איז חשוב און געעהערט; א כלה וואס ווייסט וואס דער לעבן איז און וואס וויל חתונה האבן נישט פאר די פאר שעה פון די חתונה נאכט, נאר וואס וויל אויפשטעלן א ערליכע שטוב, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


דאס וואס איר פרעגט: "היתכן מען זאגט מען זאל געבן פאר די כלה נישט עכטע צירונגען וכו'"; איר דארפט פארשטיין אז די מענטשן וואס מאכן חתונה - רוב פון זיי האבן נישט קיין געלט פאר זייער טאג טעגליכער לעבן, כל שכן ווען עס קומט אונטער א שמחה, א צייט וואס מען דארף זיך פרייען, קענען זיי זיך אבער נישט באמת פרייען ווייל זיי דארפן שאפן געלט; ביז מען שאפט פון וואו צו בארגן איז א שווערע זאך און באצאלן די חובות איז נאך שווערער, ווייל אין די צייט וואס מען הייבט אן באצאלן קומט אונטער נאך א קינד חתונה צו מאכן און אזוי ווייטער. פון דעם געשעהט אז מענטש האלטן זיך אפ פון טון שידוכים מיט זייערע קינדער אין צייט, מען ווערט צעבראכן ביז מען ווערט נישט געזונט רחמנא לצלן.


ביי אונז אין די קהילה זענען פארהאן אינגעלייט וואס מאכן חתונה, זיי האלטן ביי זייערע ערשטע קינדער און זיי דערטרינקען זיך שוין אין חובות פון שווערע צענדליגער טויזנטער דאללער.


דערפאר האב איך געוויזן פאר מיינע תלמידים ווי גליקליך מען קען זיין מיט צירונגען וואס קאסט ביליג; ברוך ה' אז  אין היכל הקודש ביים רבי'ן איז שלום בית א יסוד היסודות, איך וואונטש פאר אלע אידישע פרויען זאלן האבן אזא שלום בית ווי ביי תלמידי היכל הקודש, און אז מען געבט פשוט'ע צירונגען לויט וויפיל מען פארמאגט וועלן די פרויען נישט ווערן פון דעם צעדרוקט, דער רבי האט אונז זייער מחזק געווען מיר זאלן מכבד זיין די ווייבער.


קיינער זאגט נישט אז מען זאל נישט געבן קיין מתנות פאר די כלה און קיינער זאגט נישט מען זאל נישט געבן צירונגען, אבער מען קען נישט געבן קיין טייערע צירונגען ווען מען האט נישט קיין געלט; מאכט א חשבון, וואס קאסט פאר א מחותן מתנות נאר פאר איין קינד? אנגעהויבן מיט די ברעיסלעט פון זעכצן הונדערט דאלער, נאכדעם די רינגל פון צוויי טויזנט דאלער, די זייגער צוויי טויזנט דאלער, אויערינגלעך צוויי טויזנט דאלער, נאכדעם א פערל קייטל פאר אכט הונדערט דאלער, און נאך א צירונג, האלט מען שוין כמעט ביי צען טויזנט דאלער; פרעג איך אייך, ווען דער מחותן האט די געלט קען מען נאך פארשטיין, אבער אז עס איז נישט דא קיין געלט איז דאך א הימל געשריי אז מען דארף געבן טייערע צירונגען.


זייטס נישט ברוגז אויף די מוסדות וואס לערנען אויס די קינדער זיי זאלן זיין צופרידן מיט א פשוט'ע וועג פון לעבן; געבענטשט זאלן זיין די מוסדות וואס רעדן צו מיידלעך זיי זאלן מסכים זיין צו נעמען א פאלשע שטיין ווען קיינער איז נישט קיין מבין און קיינער ווייסט נישט קיין חילוק פון א עכטע שטיין ביז א פאלשע שטיין, נאר דער וואס ארבעט מיט דיימאנטען וכו'.


אליעזר עבד אברהם האט געגעבן צירונגען לויט די פארמעגן פון אברהם אבינו און חס ושלום א מענטש זאל גיין בארגן געלט און נישט באצאלן צו קויפן טייערע צירונגען; מיר טארן נישט גיין גנב'נען כדאי צו מקיים זיין וואס אליעזר עבד אברהם האט געטון, מיר דארפן קוקן וויפיל מיר פארמאגן.


דאס וואס איר טענה'ט אז א פרוי ווערט נישט געשעצט אין שטוב זאל זי כאטש האבן אירע צירונגען וכו'; איך ווייס נישט אויב דאס איז טאקע אזוי ווי איר זאגט. לויט ווי איך פארשטיי, אויב א פרוי ווערט דערנידערט פון איר מאן און איר מאן וועט אהיים קומען און איר געבן א טייערע מתנה וועט זי צוריק ווארפן די מתנה אין פנים, זי וועט עס נישט וועלן אנטון; איז ממה נפשך פעלט נישט אויס קיין טייערע מתנות, ווייל אויב איז די פרוי די קעניגן אין שטוב, דער מאן רעדט צו איר ווי אן ערליכער איד, ער האט סבלנות און ער ווייסט אירע אומשטענדן און אירע צייטן וכו', אזא פרוי איז א געבענטשע פרוי, זי דארף נישט קיין טייערע צירונגען וואס קומט פון געבארגטע געלט, פון בלוטיגע געלט, זי פריידט זיך מיט איר מאן און קינדער; ווידעראום אויב די פרוי נישט חשוב, דער מאן פירט זיך מיט איר נישט ווי אן ערליכער איד, וועט זי נישט ווערן צופרידן פון טייערע צירונגען.


זייט מיר מוחל, איך האב נישט געמיינט צו מבזה זיין און צעדרוקן וואוילע פרויען; איך רעד זייער אסאך צו מיינע תלמידים זיי זאלן מכבד זיין די ווייבער, איך וויל פשוט אויסלערנען מיינע תלמידים זיי זאלן נישט אריין פאלן אין חובות, זיי זאלן זען אז מען קען חתונה מאכן קינדער אן אויסגעבן געלט אן בארגן געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#1 - דער אלבוים "קום צוריק" האט מיר ארויסגעשלעפט פון תאוות ממון
ניגונים, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך הארציג באדאנקען פאר אלעס, ובפרט פאר די ניגונים און די אלבוימ'ס פון "טאנץ מיט אמונה", און ספעציעל פאר די נייע אלבוים "קום צוריק", פון וואס איך האב געשעפט פיל חיזוק.


אלע ניגונים זענען זייער באלערנט, פאר מיר פערזענליך האט אבער געהאט די גרעסטע השפעה דער אכטער ניגון "דעם לעצטן טאג", וואס רעדט זיך איבער די מיאוס'קייט פון געלט און עשירות וכו'.


תאוות ממון איז געווען א שטארקער טייל אין מיין לעבן, שוין אפילו נאכדעם וואס איך האב שוין געהערט פילע דרשות און זיך באקענט מיט היכל הקודש, האב איך זיך זייער געמוטשעט מיט דעם, און דאס האט מיר זייער געקרענקט, און איך מוז זאגן אז דער ניגון האט מיר ממש ארויסגעשלעפט פון מיין בלאטע.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן איר זאלט זיין געזונט און שטארק, און זען פיל אידיש נחת פון אייערע קינדער און תלמידים.


א גרויסן יישר כח, זאב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד זאב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן און מיר זענען פון דעם בעל תפילה'ס לייט, וואס ער חזר'ט מיט אונז די הייליגע לויטערע אמונה אז געלט איז גאר קיין תכלית נישט, געלט העלפט נישט און קען ניטאמאל העלפן, אדרבה, דורך געלט האט מען א מפלה.


ווער עס האט נאר אביסל טועם געווען דעם הייליגן רבי'ן - דער טראכט שוין נישט פון געלט; ער לויפט נישט נאך קיין מענטשן וואס האבן געלט און זיכער רעדט ער נישט אזוי פיל פון געלט.


דער רבי האט דערציילט אין די מעשה פונעם בעל תפילה (סיפורי מעשיות, מעשה יב) אז די תאוה פון געלט איז נאך ערגער פון אלע תאוות. אזוי ווי דער גיבור האט געזאגט פארן בעל תפילה: "איך האב געהערט פונעם קעניג אז פון אלע תאוות קען מען ארויס נעמען דעם מענטש חוץ א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין תאוות ממון", אזוי אויך האט דער בעל תפילה געזאגט: "נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן".


מוהרא"ש זאגט (נהרי אפרסמון, עמוד תקי): וּצְרִיכִים לְשַׁנֵּן דָּבָר זֶה הַרְבֵּה מְאֹד "שֶׁעֲשִׁירִים הֵם מְשֻׁגָּעִים וּמְטֹרָפִים", מען דארף שטענדיג חזר'ן אז אלע עשירים זענען משוגעים און מטורפים, "וּמִי שֶׁחוֹנֵף אוֹתָם מַרְאֶה שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל", און ווער עס חנפ'ט זיי ווייזט אז ער האט בכלל נישט קיין אמונה.


עס איז כדאי צו פארן קיין יבניאל און גיין קוקן דעם בית המדרש וואס מוהרא"ש האט געבויט; מוהרא"ש האט געשריבן אויפן טיר פונעם בית המדרש די פאלגענדע ווערטער: "הַבַּעַל תְּפִילָּה אָמַר: עֲדַיִן אַתֶּם רוֹצִים מָמוֹן? מִמָּמוֹן לֹא תְּדַבְּרוּ כְּלָל", אין אידיש: "דער בעל תפילה האט געזאגט: נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן"; ווען איך גיי קיין יבניאל גיי איך קוקן דעם טאוול, דאס ברענגט אין מיר אריין א שטארקע התעוררות, זעענדיג ווי שטארק מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און ווי שטארק מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.