שאלה אין קורצן ענין
#3 - יישר כח פאר'ן מיך ראטעווען פון נסיונות
קדושה, אפיס, נסיונות, בושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די קלארע ענטפער וואס איך האב באקומען אויף די שאלה וואס איך האב געפרעגט וועגן די נסיונות וואס איך האב אין אפיס, איך האב איבערגעליינט דעם בריוו און געווינט צום אייבערשטן, וואס איז די פרוי נעבעך שולדיג אז איך האב נסיונות, פארוואס קומט זיך איר אוועקצושיקן, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך זיין ערליך.


איך האב אסאך געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן, ביז עס האט פאסירט א גרויסער נס, אז זי איז צוגעקומען צו מיר און געזאגט אז זי האט זייער הנאה געהאט דא צו ארבעטן, אבער יעצט האט זי באקומען א פארשלאג ערגעץ אנדערש, דערפאר וויל זי וויסן ווי לאנג זי מוז נאך דא בלייבן. איך בין געווארן אזוי איבערגענומען צו זען ווי אזוי דער אייבערשטער האט מיר אזוי שיין געהאלפן. איך האב זיך באדאנקט פאר איר ארבעט און געזאגט אז איך וויל נישט צוריק האלטן אפילו פאר איין טאג, און זי דארף אפילו נישט בלייבן אויסצולערנען א צווייטן איר ארבעט, איך וועל זיך שוין אן עצה געבן.


כאטש וואס זי איז מיר א וויכטיגע ארבייטער, איז אבער מיין אידישקייט נאך מער וויכטיג. איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן העלפן א מענטש וואס ער קען בכלל נישט, און בעיקר פאר די עצה אז ווען עס גייט נישט, דארף מען נישט שטופן און טון ווילדע זאכן, נאר מ'רעדט זיך אויס צום טאטן אין הימל און מ'ווערט געהאלפן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ו', ערב חג הסוכות, י"ד תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט א גרויסע נס אז דו ביסט פטור געווארן פון דעם נסיון; דער אייבערשטער האט דיר געראטעוועט פון דאס ערגסטע השם ישמרינו.


פון יעצט און ווייטער זאלסטו אכטונג געבן ווי אזוי דו פירסט דיין אפיס; געב אכטונג אויף איסור יחוד, זיץ נישט מיט קיין פרעמדע פרוי אין דיין אפיס און נישט מיט קיין מיידל, עס איז נישט ווערד די גאנצע ביזנעס אויב מען איז עובר אויף איסור יחוד.


אז דו ווילסט מצליח זיין אין דיין געשעפט זאלסטו נעמען דעם אייבערשטן פאר א שיתוף, ווי אזוי נעמט מען דעם אייבערשטן פאר א שיתוף? אז מען פירט די ביזנעס אויף די תורה וועג. מען געבט אכטונג עס זאל זיין קדושה אין אפיס, מען רעדט איידל, מען היט זיך פון הרהורי עבירה, מען פילטערט די קאמפיוטערס, מען געבט אכטונג צו היטן שבת, יום טוב און חול המועד, מען געבט אכטונג נישט וויי צו טון קיינעם, נישט בא'גנב'נען א צווייטן אפילו פחות משוה פרוטה; דעמאלט איז דער אייבערשטער א שותף אינעם געשעפט און עס איז דא גרויס הצלחה.


אינדערפרי ווען דו זאגסט די ברכות השחר זאלסטו שטארק בעטן דעם אייבערשטן: "אַל תְּבִיאֵנוּ לֹא לִידֵי חֵטְא וְלֹא לִידֵי עֲבֵרָה וְעָוׂן וְלֹא לִידֵי נִסָּיוֹן, וְלֹא לִידֵי בִזָּיוֹן", זאלסט שטארק בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר היטן פון עבירות און פון נסיונות; נאר מיט תפילה קען מען זיך ראטעווען פון דעם יצר הרע. און אז מען איז שטארק, עס בלייבט א נסיון - דעמאלט ווערט מען געראטעוועט פון בזיונות. דער רבי האט אמאל זייער חוזק געמאכט פון די עקלדיגע עבירה, אזוי ווי רבי נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן דש): "פַּעַם אַחַת הִתְלוֹצֵץ מִזֶּה וְאָמַר שֶׁעַל זֶה מְבַקְּשִׁים בְּכָל יוֹם אַל תְּבִיאֵנִי לִידֵי נִסָּיוֹן וְלֹא לִידֵי בִּזָּיוֹן, וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: 'אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן'", ווייל אז עס ווערט אויס נסיון ווערט בזיונות; היינט קען מען ממש זען דעם רוח הקודש פון רבי'ן, די וועלט איז אזוי פארגעשריטן, ווען עס גייט ארויס א בילד פון איינעם ווי ער דריידט זיך אויף שמוציגע פלעצער וכו' - ווערט ער אין איין רגע פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.

#2 - וואס טו איך מ'זאל מיר נישט אראפקוקן אז איך נעם מעדעצין?
רפואה, בושה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט די שאלה און תשובה פון דעם וואס האט געפרעגט איבער נעמען מעדעצין פאר פחדים, ווען איך האב געליינט די שאלה האב איך ממש געוויינט, איך האב געשפירט ווי איינער האט אזוי שיין אראפגעשריבן מיין לעבן, און איך האב זיך געפריידט צו די תשובה אז דאס איז א נארמאלע זאך, ס'איז נישט קיין פעלער צו נעמען מעדעצין ווען מ'דארף עס האבן.


מיט איין פרט איז אבער ביי מיר געווען אנדערש, אז ער האלט עס בסוד פון יעדן איינעם, און איך האב עס יא אויסגעזאגט פאר מיין רב. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו נעמען די מעדעצין, אזוי ווי ווען איינער האט קאפ וויי נעמט ער טיילענאל, די זעלבע איז מיט דעם. און ווען איך האב דאס דערציילט פאר מיין רב האט ער מיר טאקע אויך מחזק געווען איך זאל נישט מורא האבן עס צו נעמען, אבער למעשה האט ער מיר פון דעמאלט אנגעהויבן אראפצוקוקן. איך האב געשפירט אז איך קען אים געטרויען, איך שמועס זיך אלץ דורך מיט אים אין שלום בית, חינוך, און אין ביזנעס, ער איז א פארשטענדליכער מענטש, אבער דא האט זיך עס נישט גוט אויסגעארבעט.


איך בין געווען א מוצלח'דיגער אינגערמאן, דער רב פלעגט זיך כסדר דורכרעדן מיט מיר אין פארשידענע זאכן, אבער פון ווען איך האב אים דאס דערציילט האט ער מיר אויטאמאטיש אנגעהויבן אנצוקוקן ווי א נערוון קראנקער מענטש, ער איז מיר טאקע מחזק כסדר, ער כאפט אבער נישט אז די חיזוק צעברעכט מיר זייער. זיי מיר נישט מחזק, נאר האלט מיר ווייטער פאר א נארמאלער מענטש, וואס איז שלעכט אז איך נעם מעדעצין פאר א פראבלעם?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר מחזק זיין אין דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין שום בושה צו נעמען מעדעצין, עס איז א בושה ווען מען דארף נעמען מעדעצין און מען עקשנ'ט זיך דאס נישט צו נעמען. ווייל מען קען יעדן איינעם העלפן, דער פראבלעם איז אז מען וויל זיך נישט העלפן, מען האלט זיך קלוגער פונעם דאקטער; מען מיינט אז אויב מען וועט נעמען מעדעצין וועט מען זיין אראפגעקוקט.


בנוגע וואס מען קוקט דיר אראפ וכו'; דארפסט נישט דערציילן קיינעם איבער דיין פריוואטע לעבן, דערצייל נישט קיינעם אז דו נעמסט מעדעצין - נישט פאר חברים, נישט פאר משפחה און נישט פאר דיין רב; דאס איז פריוואט צווישן דיר און דער דאקטער, מערסטנ'ס, אויב דארף מען דערציילן די ווייב דארף דאס בלייבן צווישן אייך.


דער עיקר זאלסטו זיך אליינס נישט אראפ קוקן, דיין האלטן פון זיך איז וויכטיגער ווי אז אנדערע זאלן האלטן פון דיר; אז דו וועסט זיין זיכער מיט זיך וועט דיר גאר ווייניג אנגיין וואס דער זאגט אויף דיר און וואס יענער זאגט אויף דיר, דו זאלסט וויסן ביי דיר אז עס איז גארנישט שלעכט אז מען דארף נעמען פאר די מח מעדעצין.


ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין ביי זיך פעלזן פעסט, ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין שטארק, עס זאל נישט אנגיין וואס אנדערע זאגן און וואס אנדערע טראכן? דורך אמונה; ווען מען חזר'ט אמונה, מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין, דאס בויט אויף דאס זיכערקייט, מען ווערט שטארק, מען דארף קיינעם נישט און עס אינטערעסירט נישט גארנישט.


דעריבער בעט איך דיר זייער טייערער ליבער ברודער, יעדן אינדערפרי גלייך נאך ברכת התורה זאלסטו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס; בעיקר זאלסטו חזר'ן אן א שיעור מאל דעם ערשטן שטיקל: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", איך גלייב אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, ער פירט די וועלט, נאר ער אליין טוט אלעס און ער וועט טון אלעס.


אויך זאלסטו אריין נעמען אין דיר אז עס איז נישטא וועם צו בעטן, נאר דעם אייבערשטן, צו אים דארף מען דאווענען. חזר זיך דעם אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", איך גלייב אז ווען מען דארף א ישועה זאל מען נאר בעטן דעם אייבערשטן, ווייל נאר ער קען העלפן און וועט העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיין געזונט און שטארק.

#1 - וואס טוט איך אז איך שעם זיך צו דערציילן מיינע עבירות פאר'ן אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, תשובה, בושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אסאך מאל ווען איך וויל רעדן צום אייבערשטן, האלט איך זיך צוריק, ווייל איך שעם זיך פשוט פונעם אייבערשטן מיט די עבירות וואס איך טו. אויך ביינאכט ווען איך וויל איבערגיין מיין טאג מיט'ן אייבערשטן, שעם איז זיך צו רעדן ווי אזוי מיין טאג איז נעבעך אריבער. און צום סוף קומט אויס אז איך רעד גארנישט צום אייבערשטן, האט איר עפעס אן עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו שעמסט זיך פונעם אייבערשטן; בושה איז א גוטע מידה און דאס איז איינע פון די מידות וואס אידישע קינדער פארמאגן (עיין יבמות עט.).


אבער נישט דאס זאל דיר מאכן זאלסט נישט רעדן צום אייבערשטן; אדרבה, זאג ארויס פאר'ן אייבערשטן פארשעמטערהייט: "הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות", דורכדעם וועט אראפ גיין פון דיר אלע דינים. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בא, דף מא.) אז א מענטש זאל דערציילן אלע זיינע שלעכטע מעשים וואס ער האט געטון פאר'ן אייבערשטן אפילו דער אייבערשטער ווייסט אלעס, זעט אלעס און ווייסט וואס גייט זיין. לכאורה, פארוואס פעלט אויס צו דערציילן אלע נישט גוטע מעשים וואס מען טוט אז דער אייבערשטער ווייסט אלעס? זאגט דער זוהר הקדוש, ווייל דער שטן שטייט און איז מקטרג אויף דעם מענטש, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלע שלעכטע זאכן וואס דער מענטש טוט. איז אויב קומט דער מענטש פאר דעם און זאגט אויס פארן אייבערשטן וואס ער האט געטון, דאן קען דער שטן מער נישט קומען מקטרג זיין, "וְעַל דָּא, אִצְטְרִיךְ לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאַקְדְּמָא וּלְפָרֵט חֶטְאוֹי", דעריבער פאר מען גייט שלאפן זאל מען דערציילן אלעס פארן אייבערשטן, אזוי קען דער שטן מער נישט מקטרג זיין.


דערצייל פארן אייבערשטן אלע דיינע מעשים, בעט אים ער זאל דיר אפהיטן און העלפן זיך מתגבר זיין אויפן יצר הרע, און זאג אים צו אז מארגן וועסטו שוין זיין גוט; דאס וועט דיר העלפן דו זאלסט זיך קענען אומקערן צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו אמת'ע תשובה.