שאלה אין קורצן ענין
#73 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין משפחה זאל מיר צוריק אננעמען?
בחור, תשובה, תפלות אויף אידיש, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור העכער די אכצן יאר, איך בין ארויס פון ישיבה שוין איבער צוויי יאר צוריק, און איך בין געגאנגען ארבעטן. מיין טאטע איז נישט געווען צופרידן פון מיר און ווי אזוי איך זע אויס, מיין טאטע און מיינע ברידער האבן מיר כסדר זייער פארשעמט און אראפגעקוקט, ביז איך האב נישט געהאט קיין ברירה און איך בין אנטלאפן פון שטוב.


איך ווייס אז איך האב נישט גוט געטון, יעצט האב איך שטארק חרטה אויף דעם, און איך האב שטארק חשק צוריק צו גיין אהיים, איך ווייס אבער אז מיין טאטע און מאמע און מיינע ברידער גייען נישט וועלן רעדן מיט מיר, און אפילו אויב יא, גיי איך בלייבן דער אויסווארף פון די משפחה, איך וויל זיי זאלן מיר אננעמען אזוי ווי איך בין, איך וויל שפירן ווי א חלק פון די משפחה.


איך בין זייער צעבראכן און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א האט אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט צעבראכן, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, דער אייבערשטער האט דיר ליב און ער ווארט צו הערן דיין קול; ער וויל הערן ווי דו רעדסט צו אים, ער וויל הערן אפילו איין ווארט ווי דו רופסט אים; זאג פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער העלף מיר! איך בין אזוי פארלוירן, איך וויל זיך אויסקומען מיט מייינע עלטערן, איך וויל האבן א שיינע לעבן, העלף מיר איך זאל צוריק קומען צו דיר און צי די תורה"; דאס איז די עצה ווען מען איז צעבראכן, מען זאל רעדן צום אייבערשטן; דאס מאכט דער מענטש זאל ווערן אויס צעבראכן און אנהייבן שפירן א געשמאק אין לעבן.


גיי אהיים צוריק צו דיינע עלטערן און משפחה; דיינע עלטערן וועלן דיר צוריק נעמען מיט ביידע הענט, זיי בענקען נאך דיר און ווארטן אויף דיר. עס איז נישט ווי דו טראכסט אז זיי גייען נישט וועלן רעדן מיט דיר, דיינע עלטערן וועלן זיך זייער פרייען אז דו קומסט צוריק אהיים.


עס זיך נישט אויף מיט דיין פארגאנגענהייט, לאז אפ וואס איז געווען. מען טאר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל אויפ'ן עבר, נאר שטענדיג פארגעסן וואס עס איז געווען און אנהייבן פון פריש, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון"; מען קען הערן ווי מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס עס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, "אבער ביי מיר - זאגט דער רבי - איז שכחה א גרויסע מעלה, ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי"; זיי מכבד דיינע עלטערן פון יעצט און ווייטער.


אז דיינע ברידער וועלן דיר אריין זאגן וכו' זאלסטו נישט מאכן קיין עסק פון דעם, זאלסט זיי נישט ענטפערן, וועסטו מיט דעם פאררעכטן אלעס וואס איז געווען. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - דארף איך איבערבעטן מיין מאמע?
אומאן, בחור, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דעם פארגאנגענעם ערב יום כיפור האב איך געטראכט צו זיך אויב איך דארף איבערבעטן מיין מאמע, וואס האט מיר געמאכט איך זאל האבן א ביטערע יאר, מיט קיין איין טאג וואס איך זאל קענען זיין פרייליך.


איך דארף האבן חיזוק אויף כיבוד אב ואם, איך בין געווען אסאך מאל חוצפה'דיג צו מיין מאמע, איך בין אזוי ברוגז אויף איר, און איך קען ממש נישט שמייכלען צו איר, ובפרט נאכדעם וואס זי האט מיר נישט געלאזט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו וויסן אז פארן קיין אומאן העלפט נישט פאר אן עזות פנים, א מחוצף; דער רבי האט בפירוש געזאגט: "איך קען יעדן איינעם העלפן חוץ אן עזות פנים"; א מחוצף האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן.


צווייטנס, וואס איז בכלל דיין שאלה אויב דו זאלסט איבערבעטן דיין מאמע?! אודאי זאלסטו איר איבערבעטן, זאלסט פאלן אויף דער ערד און קלאפן על חטא מיט דיין קאפ צום ערד אויף דיין אויפפירונג צו דיינע עלטערן. אך און וויי פאר דעם וואס פירט זיך מיט חוצפה צי זיינע עלטערן, וויי פאר א קינד וואס עפנט א מויל צו רעדן מיט חוצפה צו זיינע עלטערן, וויי פאר א קינד וואס שפעט אפ פון זיין אלטע מאמע!


קוק וואס שלמה המלך זאגט (משלי ל, יז): "עַיִן תִּלְעַג לְאָב", אן אויג וואס שפעט אפ פון זיין טאטע, "וְתָבוּז לִיקֲּהַת אֵם", און דער וואס שפעט אפ פון די קנייטשן פון זיין מאמע (ווען א מענטש ווערט עלטער ווערט דער פנים פול מיט קנייטשן), "יִקְּרוּהָ עֹרְבֵי נַחַל", זאלן קומען די רויב פויגל וואס זענען גרויסע אכזרים און אים אויסשטעכן די אויגן, "וְיֹאכְלוּהָ בְנֵי נָשֶׁר", און די אדלער זאלן אים אויפעסן.


כיבוד אב ואם איז פון די חמורות שבחמורות; דאס איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מכבד זיין טאטע מאמע מער ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליינס.


אז דיין מאמע דערביטערט דיר דיין לעבן איז נישט קיין תירוץ צו זיין א מחוצף; אז עס איז דיר ביטער דיין לעבן זאלסטו גיין אין א ווינקל און וויינען צום אייבערשטן ער זאל אוועק נעמען פון דיר די דינים און עס זאל דיר גוט ווערן אין לעבן.


איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט פון היינט פאררעכטן דיין צוגאנג צו דיין טאטע מאמע, וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#71 - איז נאך דא א וועג ארויס פון מיינע עבירות?
קדושה, בחור, תשובה, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א יונגער בחור און איך פאל אסאך דורך אין פגם הברית, איך קוק אסאך שלעכטע זאכן, און איך בין אויך מטמא אנדערע בחורים רחמנא ליצלן, איך זע שוין באלד נישט קיין וועג ארויס. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיך ראטעווען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טו תשובה און הער אויף נאכלויפן אנדערע בחורים.


אויב דו וועסט נישט תשובה טון וועסטו ווערן פארשעמט ביי אלעמען און עס וועט ארויסגיין אויף דיר א שלעכטע נאמען; קיינער וויל נישט האבן צו טון מיט א קראנקער מענטש וואס לויפט נאך בחורים און קינדער, אלע וועלן זיך אפשאקלען פון דיר ווי מען שאקלט זיך אפ פון א מצורע; וואו דו וועסט גיין און שטיין וועט מען רעדן אונטער דיין רוקן אז דו ביסט א קראנקער. אויך קענסטו כאפן קלעפ; אויב א טאטע אדער א ברודער פון א בחור וועט זיך דערוויסן וואס דו טוסט מיט זיין זון/ברודער וועט ער דיר געבן קלעפ און מען וועט דיר צעברעכן דיינע ביינער. אפגערעדט אז דו וועסט נישט קענען חתונה האבן, קיינער וועט נישט נעמען פאר זיינ'ס א טאכטער א בחור וואס טוט עבירות רחמנא לצלן; פרעג איך דיר: "וואס פעלט דיר אויס צו ווערן פארשעמט און אויסגעשפילט?" ענדערש טו תשובה און לאז אפ בחורים".


איך בעט דיר האב רחמנות אויף דיין לעבן; דו ביסט א יונגער בחור, א יונגע ביימעלע, דו קענסט האבן א גוט לעבן, פארוואס זאלסטו זיך אליינס הרג'נען דיין לעבן, פארוואס זאלסטו שטארבן יונג? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה; "רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", רבי יצחק און רבי אמי זאגן, דאס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים; "רַב אַסִּי אָמַר, כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", רב אסי זאגט אז דאס איז אזוי ווי איינער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


הער אויף קוקן עבירות און ווארף אוועק דיין טעלעפאן; ווארף אוועק דיין טעבלעט און לאז אפ דיינע שלעכטע חברים - וועט דיר דער אייבערשטער מוחל זיין אויף וואס עס איז געווען.


אויב דו ווילסט קענסטו נאך זיין א גרויסער צדיק; אז דו וועסט נעמען א משניות, דו וועסט יעדן טאג זאגן אכצן פרקים משניות און דו וועסט לערנען בלעטער גמרא אפילו אן פארשטיין, סתם זאגן די ווערטער - וועסטו זוכה זיין אפצואוואשן פון דיר אלע אלטע חטאים.


משניות נעמט אראפ אלע פלעקן פונעם מענטש; מוהרא"ש זאגט אז משניות איז אזוי ווי סטילוואל וואס קראצט אראפ אלע שמוץ פון א שמוציגע כלי, ווען מען זאגט משניות ווערט מען זויבער און ריין. און גמרא פארברענט אלע קליפות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און דורכדעם וואס מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער, וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.

#70 - ווי אזוי טרעפט מען דעם וועג ארויס פון בלאטע?
קדושה, בחור, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א יונגער בחור און איך מוטשע זיך זייער מיט שווערע נסיונות. שוין פון די ניין יאר האבן איך זיך געשאפט א סמארטפאון מיט אינטערנעט און געקוקט די ערגסטע זאכן און געטון הארבע עבירות רחמנא ליצלן, דערנאך האב איך זיך געטראפן בחורים וואס האבן געטון מיט מיר עבירות, און אזוי איז מיין לעבן ממש צעגרונד געגאנגען, איך בין פארנומען מיט עבירות טאג טעגליך, און איך זוך דעם וועג ארויס.


ברוך ה' אז יעצט האב איך שוין נישט קיין סמארטפאון, אבער א לעפטאפ האב איך יא וואס לאזט מיר נוצן שוין פון אלס קליין קינד, ער ווייסט אבער נישט אז איך האב געטראפן א וועג ווי אזוי אנצוקומען צו אינטערנעט דערמיט, און ליידער נוץ איך דאס אויך נאר פאר עבירות.


איך וויין צום אייבערשטן אז איך זאל טרעפן א וועג ארויס, איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן און געבן א וועג צוריק צום אייבערשטן און צו א נארמאלע ערליכע לעבן.


יישר כח פאר די גליון מיט וואס איך בין זיך מחיה יעדע וואך.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א גרויס רחמנות אויף דיר, אזויפיל יאר וואס דו ליגסט נעבעך אין אזא בלאטע; פון איין זייט ביסטו אזוי יונג, דו האסט קוים אנגעהויבן דיין לעבן, און פון די אנדערע זייט ביסטו שוין אזוי איינגעזינקען אין עבירות, אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אים העלפט שוין נישט קיין תשובה.


אבער וויסן זאלסטו אז דער רבי קען דיר העלפן; דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף דעם אויבנדערמאנטן זוהר הקדוש, אז אויב מען זינדיגט אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר - נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט אין די עבירה"; דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, אפילו איינער וואס איז קראנק און ליידט פון די עקלדיגע נסיונות קען אויך ארויס קריכן פון זיינע עקלדיגע געמיינע שמוץ אויב ער וועט פאלגן דעם רבי'ן.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דעריבער אז דו ביסט נעבעך אזוי אראפגעפאלן אין עבירות, איז דא פאר דיר איין עצה: נעם א משניות און הייב אן לערנען משניות; לערן איין פרק נאכ'ן צווייטן, אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית האסטו פארלוירן דיין מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביז'ן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען ווערט אן ערליכער איד, מען הייבט אן לעבן א געזונטע לעבן, א לעבן מיט'ן אייבערשטן, מען לאזט אפ די מטומטמ'דיגע עבירה, מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.


נאך א עצה האט דער רבי פאר דיר, דו זאלסט זיך צוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך; בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דערצייל אים די גאנצע מעשה פון די ניין יאר ווען דו האסט זיך געקויפט א סמארטפאון און געזען אלע שלעכטס פון די וועלט, וויין צו אים אז דו ווילסט ארויס קריכן פון דעם, דורכדעם וועסטו זוכה זיין במשך הימים פטור צו ווערן פון דיין עבר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - מיין בחור קומט אהיים פון ישיבה, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט אים?
בחור, חינוך הילדים, נקודות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט בין הזמנים, און אונזער בחור קומט אהיים פון ישיבה פון אויסלאנד, ער איז א שווערער בחור וואס איז שווער זיך אויסצוקומען מיט אים, און יעדע בין הזמנים ווען ער קומט אהיים ליידן מיר אסאך פון אים. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א אונז געבן הדרכה ווי אזוי אים אויפצונעמען און ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אים?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון אזמרה; זוך אויף אין אים גוטע זאכן, גוטע נקודות. דו צוזאמען מיט דיין ווייב זאלן זוכן אין אים גוטע זאכן און מאכן דערפון אן עסק, איר זאלט באמת זיין איבערצייגט אין די גוטס וואס ער האט וועט איר נישט ליידן פון אים און ער וועט נישט ליידן פון אייך, אבער כל זמן איר וועט קוקן אויף זיינע שווערע נאטורן, ער וועט שפירן אז טאטע און מאמע האלטן נישט פון אים, וועט איר ליידן פון אים און ער וועט ליידן פון אייך; איר דארפט רחמנות האבן אויף אים וועט ער זיך קענען טוישן צום גוטן.


(דאס איז פשט פארוואס מען זעט קינדער וואס זענען זייער וואויל אין שטוב און אין חדר זענען זיי נישט גוט, אדער פארקערט - אין חדר זענען זיי גוט אבער אין שטוב ליידט מען פון זיי, ווי קען זיין אז דער זעלבער קינד זאל זיין פארקערט? דאס איז ווייל אין שטוב האלט מען פון אים, וועט ער זיך צושטעלן און זוכן ווי ער קען זיין בעסער, בשעת וואס אין חדר קוקט דער מלמד אויף אים שלעכט וועט דער קינד זיך נישט צושטעלן, און אזוי אויך פארקערט).


פון ווען ער קומט אהיים זאלט איר אים אויפהייבן און אים געבן כבוד, וועט ער פרובירן צו זיין נאך בעסער. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווער עס האט ווייניג שכל דארף מען אים געבן מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל ווי ווייניגער שכל מען האט אלץ מער דארף מען כבוד; זאלט איר אים שטענדיג הייבן, וועט ער וועלן זיין נאך מער, ער וועט זיך פירן צו אייך מיט דרך ארץ.


איך זאג דיר נאכאמאל, מיט דעם וועג פון "אזמרה" וועסטו מצליח זיין; עס ארבעט וואונדערליך, עס איז אן עצה סיי פאר עלטערן מיט קינדער און סיי פאר מחנכים צו מצליח זיין מיט תלמידים, אזוי ווי דער רבי פירט אויס (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב) אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת יא.): "בֶּאֱמֶת אָמְרוּ הַחַזָּן רוֹאֶה הֵיכָן תִּינוֹקוֹת קוֹרְאִין", ווער עס איז א חזן ער קען מאכן ניגונים; דער וואס קען ארויסנעמען דאס גוטס פון יעדן תלמיד דער קען מאכן די קינדער זאלן לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#68 - איך הער נישט אויף טראכטן פון מיידלעך, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
קדושה, בחור, תפלות אויף אידיש, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פופצין יעריגער בחור און איך הער נישט אויף צו טראכטן א גאנצן טאג פון מיידלעך. איך בין מקנא מיינע שוועסטערס אז זיי זענען מיידלעך, ווייל אזוי קענען זיי אלעמאל קוקן און שמועסן מיט מיידלעך. איך טאר נישט קוקן אויף מיידלעך, איך זיץ אין ישיבה, אבער מיין קאפ איז נאר ביי מיידלעך, פון צופרי ביז ביינאכט טראכט איך נאר פון מיידלעך.


איך וויל זיין ערליך, אבער עס ברענט אין מיר א פייער פונעם יצר הרע, מיין גאנצער קאפ איז נאר פארנומען מיט איין קלער אז אפשר וועט מיר געלונגען צו רעדן מיט א מיידל.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א פארשטייט א בחור, און דערפאר שרייב איך דעם בריוו, און איך האף דער ראש ישיבה וועט האבן פאר מיר אן עצה, ווייל איך ווער ממש פארברענט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן די עצה פון התבודדות; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס מען גייט אריבער, ברוחניות ובגשמיות, דערציילן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה.


טייערער ברודער, פאלג דעם רבי'ן, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן; דערצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, וויין צו אים: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן א ריינע מחשבה און ריינע אויגן, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן? איך ווער פארברענט פונעם יצר הרע, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר. הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, מיינע מחשבות איז נאר ניאוף, און איך פאל אראפ אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דאס לעבן איז מיר נמאס.


רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח; העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ, טאג און נאכט טראכט איך נאר פון עבירות, איך האלט נישט אויס די צער! פון איין זייט וויל איך אזוי שטארק זיין ערליך און פון די אנדערע זייט קאכט אין מיר א פייער, איך שפיר ווי איך קען נישט מער", אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס דערציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, דורכדעם וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער אין וואס דו ליגסט.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן דיין שידוך וועסטו האבן מנוחה; בעט דעם אייבערשטן עס זאל בטל ווערן די גזירה אז מען מאכט נישט חתונה בחורים און מיידלעך ביז זיי ווערן פארעלטערט. קיינער פארשטייט נישט די צער וואס בחורים גייען אריבער, אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט די צער פון א בחור"; מוהרא"ש האט געוויינט זיין גאנץ לעבן צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף בחורים און מיידלעך - זיי זאלן חתונה האבן ווי יונגער. אזוי קען מען ראטעווען אלע בחורים און מיידלעך פון ארויס גיין לתרבות רעה, ווייל ווילאנג מען איז א פלג גוף קען מען נישט זיין אפגעהיטן.


נעם די עצה וואס מוהרא"ש שרייבט פאר אלע צענדליגער טויזנטער בחורים וואס פרעגן און בעטן אן עצה ווי אזוי זיי קענען אפקילן זייער פייער פונעם יצר הרע, מוהרא"ש שרייבט זיי זאלן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, ווייל משניות ראטעוועט פון אלעם שלעכטס. פאלג וואס צדיקים זאגן, נעם א משניות און הייב אן לערנען משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן; אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט מען דעם מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביז'ן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#67 - וואס טו איך אז איך וויל נישט פארפאסן מיינע בחור'ישע יארן?
בחור, חתונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן ערליכער חסידישער בחור אין די יארן פון שידוכים, מיינע עלטערן ווילן מיר שוין זען א חתן, איך שפיר אבער אז איך בין נאכנישט גרייט דערפאר. איך מיין אז די בחור'ישע יארן איז א מתנה פון באשעפער צו קענען שטייגן און הנאה האבן, דאס חתונה האבן ברענגט מיט זיך אסאך נייע התחייבות'ער, און ס'איז אסאך שווערע צו שטייגן נאך די חתונה, און איך וויל נאך הנאה האבן פון מיינע בחור'ישע יארן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר קלאר מאכן וואס איז דער ריכטיגער וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען אז א בחור זאל חתונה האבן ווי פריער. ווען א בחור איז געקומען צום רבי'ן האט דער רבי אים געזאגט: "קום צוריק מיט א טלית"; אזוי ווי מיר געפונען ביי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (קידושין כט:) ווי רב חסדא האט אויסגערימט פאר רב הונא דאס גרויסקייט פון רב המנונא, אז ער איז א גרויסע מענטש, האט רב הונא געבעטן פון רב חסדא: "איך וויל אים זען; ווען ער קומט צו דיר זאלסטו אים אהער שיקן". "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז ער האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא?" פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית, האט אים רב המנונא געענטפערט: "ווייל איך האב נאך נישט חתונה געהאט", "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", דעמאלט זאלסטו נישט קומען צו מיר, ווייל איך וויל נישט זען דיין פנים ביז דו האסט חתונה.


יעצט איז דיר גוט? יעצט קען מען שטייגן? חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז פארקערט, זיי זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", ווילאנג מען האט נישט חתונה איז מען נישט פרייליך, מען האט נישט קיין ברכה און מען האט נישט קיין גוטס; נאכמער זאגן חכמינו הקדושים אויף א צווייטע פלאץ (בראשית רבה, פרשה יז, סימן ב): "כָּל שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא טוֹבָה, בְּלֹא עֵזֶר, בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא כַּפָּרָה, אַף בְּלֹא שָׁלוֹם, אַף בְּלֹא חַיִּים, וְאֵינוֹ אָדָם שָׁלֵם", פאר מען האט חתונה האט מען נישט קיין גוטס, מען האט נישט קיין העלפער, מען האט נישט קיין שמחה, מען האט נישט קיין ברכה, מען האט נישט קיין כפרה, עס פעלט שלום, מען האט נישט קיין לעבן און מען איז נישט א גאנצער מענטש.


ווארף אוועק דיינע חכמות און נעם אן די ווערטער פון די תורה בתמימות ופשיטות. רבי נתן האט געהאט אן אייניקל רבי מיכל'ע, ער איז געווען זייער א גרויסער צדיק און געדינט דעם אייבערשטן מיט תמימות, יעדעס ווארט וואס ער האט געהערט פון זיין זיידע רבי נתן האט ער גענומען בתמימות. דער רבי מיכל'ע פלעגט זאגן פאר בחורים וואס האבן זיך געהאלטן פאר חכמים ווי דיר: "דוּ בִּיסְט נִישְׁט קַיין גוּטֶער", ווען מען האט אים געפרעגט: "פארוואס בין איך נישט גוט?" האט ער געענטפערט: "עס שטייט אין די תורה (בראשית ב, יח): 'לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ', דער אייבערשטער זאגט עס איז נישט גוט צו זיין אליינס אן א ווייב"; דאס ווייסטו אז פארקערט פון גוט איז 'רע' – שלעכט, וואס דאס קומט רחמנא לצלן פון די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לישזבן, אזוי ווי עס שטייט ביי ער ואונן (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'".


זיי נישט קיין אויבער חכם און האלט זיך נישט קלוגער פון די תורה; זאג דיינע עלטערן זיי זאלן נישט אפזאגן קיין שום שידוך און זאלסט ווי שנעלער חתונה האבן, ווייל עס איז נישט ווערד צו זיין אויף דער וועלט אן א ווייב, ווייל מען קען אראפ פאלן אין ביטערע עבירות. רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות יום הכיפורים, הלכה א, אות א): "מִי שֶׁאֵינוֹ נָשׂוּי - הוּא פָּגוּם בִּבְרִית"; פארקערט ווי דו שרייבסט אז מען קען הנאה האבן ווי לאנג מען האט נישט חתונה.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז, מיר זאלן שוין ארויסגיין פון דעם ביטער'ן גלות, דער גלות וואס כאפט זיך אריין צווישן אידישע קינדער צו טראכטן ווי די אומות העולם וואס דרינגען אריין אין אונז זייערע דיעות אז מען זאל חתונה האבן ווי שפעטער און נישט ברענגען קיין קינדער, נאר מיר זאלן זיך פירן ווי די תורה זאגט - חתונה האבן ווי יונגער און ברענגען קינדער וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#66 - פארוואס זענט איר חושד בחורים אז זיי רעדן ניבול פה?
בחור, ישיבה, ניבול פה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיינע בריוו, וואס איז מיר זייער מחזק.


איך האב אבער געליינט אין א בריוו וואו דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט פאר א טאטע אז ער זאל קוקן מיט א גוט אויג אויף זיין בחור, ער זאל זיך פרייען אז זיין זון רעדט נישט קיין ניבול פה 'אזוי ווי רוב חסידישע בחורים רעדן'.


אפשר קען דער ראש ישיבה דאס געבן מער צו פארשטיין, איז דאס טאקע דער בליק פונעם ראש ישיבה אויף יעדע גרופע חסידישע בחורים אז רוב פון זיי רעדן ניבול פה? איך מיין נישט קיין חוצפה, אבער די בריוו גייען ארום די גאנצע וועלט, קומט זיך טאקע אזא טיטל פאר חסידישע ישיבה בחורים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעוונותינו הרבים געפונען מיר זיך אין א צייט וואס איז מקוים געווארן (איכה ד, א): "תִּשְׁתַּפֵּכְנָה אַבְנֵי קֹדֶשׁ בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת", טייערע אידן, הייליגע נשמות ישראל וואלגערן זיך בראש כל חוצות רחמנא לצלן; ווער רעדט נאך פון די בני הנעורים, אויף זיי גייט אריבער ביטערע נסיונות וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן; ממש אזוי ווי אינעם דור המבול רחמנא לצלן און קיינער האט אויף זיי נישט קיין רחמנות. מען קען זייער גרינג האבן צוטריט צו ליינען און קוקן מינות און ניאוף, און זייער אסאך זענען נעבעך אריין געכאפט אין דעם; איינער שלעפט דעם צווייטן און דער צווייטער שלעפט אריין דעם דריטן. קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך (אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט).


איך שטעל זיך פאר אז דו האסט נישט צוטון מיט קינדער און בחורים, דערפאר ווייסטו נישט וואס גייט פאר אויף דער וועלט, אין וועלכע מצב מיר געפונען זיך השם ירחם. ווער עס טוט מיט בני הנעורים דער ווייסט וואס גייט איבער אויף בחורים; מען דארף וויינען און שרייען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז און אונז ארויס נעמען פון גלות. מיר ליגן אין אזא טונקעלע גלות, טייערע אידישע קינדער פאלן אין עבירות, בחורים ווערן נכשל אין פגם הברית רחמנא לצלן; מען איז מכשיל איינער דעם צווייטן השם ישמרינו, מען רעדט ניבול פה וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז און אונז שיקן א צדיק, א מנהיג וואס זאל אונז ארויס נעמען פון וואו מיר געפינען זיך. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ז): "מִי שֶׁהוּא רַחֲמָן, הוּא יָכוֹל לִהְיוֹת מַנְהִיג", איינער וואס האט רחמנות, דער קען זיין א מנהיג ישראל, "כִּי עִקָּר הָרַחֲמָנוּת הוּא כְּשֶׁיִּשְׂרָאֵל עַם קָדוֹשׁ נוֹפְלִין חַס וְשָׁלוֹם בַּעֲווֹנוֹת רַחֲמָנָא לִצְלָן, כִּי זֶהוּ הָרַחֲמָנוּת הַגָּדוֹל מִכָּל מִינֵי רַחֲמָנוּת", דער גרעסטער רחמנות איז רחמנות האבן אויף אידישע קינדער זיי זאלן נישט עובר זיין קיין עבירות. ווייל ווען א מענטש טוט עבירות רחמנא לצלן איז ער דער גרעסטער רחמנות, "וְזֶהוּ עִקָּר הָרַחֲמָנוּת, לְרַחֵם עַל יִשְׂרָאֵל עַם קָדוֹשׁ, לְהוֹצִיאָם מֵהַמַּשּׂאוֹי הַכָּבֵד שֶׁל עֲווֹנוֹת", דער גרעסטער רחמנות איז זיי העלפן נישט עובר זיין עבירות, "כִּי מִי שֶׁיּוֹדֵעַ קְדֻשַּׁת יִשְׂרָאֵל מֵאַיִן הֵם לְקוּחִים וְיוֹדֵעַ רוּחָנִיּוּת וְדַקּוּת שֶׁל יִשְׂרָאֵל", ווייל ווער עס ווייסט וואס א איד איז, ווי גרויס א איד איז און פון וואו א איד קומט, "הוּא יוֹדֵעַ, שֶׁיִּשְׂרָאֵל הֵם רְחוֹקִים לְגַמְרֵי מֵעָווֹן", דער ווייסט אז אידן זענען זייער ווייט פון עבירות, "וְאֵין עָווֹן שַׁיָּךְ לָהֶם כְּלָל כְּלָל לֹא לְפִי גּדֶל קְדֻשָּׁתָם מִשָּׁרְשָׁם וְגֹדֶל דַּקּוּתָם וְרוּחָנִיּוּתָם", עס איז בכלל נישט שייך עבירות פאר אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#65 - ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?
בחור, שידוכים, יבנאל, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן טאקע אין ארץ ישראל, אבער איך בין א תלמיד אין אייער ישיבה, איך פריי זיך אזוי שטארק מיט יעדן דיבור, מעשה און שמועס פון הייליגן רבי'ן, איך בין מקושר צום הייליגן רבי'ן.


איך דאנק דעם אייבערשטן וואס האט מיר מגלה געווען א נייעם לעבן, יעדע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א ברענגט מיר נענטער צום אייבערשטן, פרישט מיך אויף פונדאסניי. דער ראש ישיבה שליט"א ווייסט גארנישט וויפיל טויזנטער תלמידים ער פארמאגט איבער די וועלט וואס הערן די שיעורים און לעבן אויף די שיעורים.


איך בין א בחור פון ניינצן יאר אלט, און איך בין זייער צעבראכן אז כ'האב נאכנישט געטראפן מיין שידוך. רוב פון מיין שיעור אין ישיבה האבן שוין חתונה געהאט, און יעדעס מאל איך דערמאן זיך אז איך בין נאך א בחור, ווער איך נאכאמאל צעבראכן.


איך בין געווען די פארגאנגענע יאר חמשה עשר באב אין יבנאל, איך האב אויסגעזאגט גאנץ תהלים ביים ציון  פון מוהרא"ש, דערווייל ווארט איך אבער נאך אז די הבטחה און ישועה זאל אנקומען.


איך דארף האבן חיזוק און הדרכה ווי אזוי זיך צו דערהאלטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן נישט צו ווערן מיאוש; אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ברחמים ובתחנונים וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די עצה סיי פאר א בחור סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג", ווייל מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


עס איז דא זייער שיינע תפילות פאר בחורים אין מיידלעך אינעם ספר: "דיין שידוך וועט אנקומען" (איבערגעטייטשט פונעם ספר "מציאת הזיווג"), איך וועל דיר דא אראפ ברענגען א שיינע תפילה וואס מוהרא"ש האט געמאכט פאר בחורים מתפלל צו זיין פאר א שידוך, וואס אויב מען זאגט די תפילה איז מען זוכה צו טרעפן די שידוך:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה,] אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 

#64 - זאל איך מסכים זיין צו א שידוך מיט מער א פארמאכטע מיידל?
בחור, שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, חיזוקים, ניגונים, בריוון, מיט וואס איך לעב ממש. איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט אויסגעזען אן דעם.


נאך אסאך תפלות און בקשות האבן מיינע עלטערן שוין אנגעהויבן אויסהערן שידוכים פאר מיר ב"ה, און איך בעט ווייטער דעם אייבערשטן אז ס'זאל אנקומען די ריכטיגע שידוך פאר מיר.


די מעשה איז אבער אזוי, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך פרוביר מיט אלע כוחות זיך צו האלטן שטארק, נישט צו קוקן וואס און וואו מ'טאר נישט, און נישט אייביג קען איך זיך מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע. איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אז ווען איך וועל חתונה האבן וועט מיר דאס זיין גרינגער, און דערפאר האב איך געבעטן מיינע עלטערן זיי זאלן מיר זוכן נישט אזא פארמאכטע מיידל, נאר מער אן אהערגעשטעלטע און א בעסערע, זיי פארשטייען דאס און זיי פרובירן טאקע דאס בעסטע פאר מיר.


לעצטנס האט מען אנגעטראגן א געוויסע שידוך, וואס די עלטערן פארלאנגען אז זי זאל גיין מיט געוויסע קאפ צודעק, נישט ווי אזוי מיר גייען נאר מער פרומער, און דאס שטערט מיר אביסל, אבער נאך מער שטערט מיר אז זיי פארלאנגען אז זי מוז זיך אפשערן נאך די חתונה, און דאס איז וואס שטערט מיר זייער שטארק.


כאטש וואס אויך אין מיין פאמיליע זענען פארהאן א חלק וואס שערן זיך, אבער איך קען דאס נישט נעמען. כאטש וואס איך ווייס אז דער עיקר איז נישט די אויסזען פון אינדרויסן, וויל איך זיך אבער נישט פארעקלען פון איר. איך ווייס אז אויב איך וועל דאס זאגן פאר מיינע עלטערן וועלן זיי מיר פארשטיין און זיי וועלן זוכן א צווייטע שידוך, ווייס איך אבער נישט אויב איך זאל זיי בעטן בכלל, אויב איז דאס אויסגעהאלטן אדער נישט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר עצה'ן ווי אזוי צו האנדלען אין דעם ענין?


אויך איז דער שידוך פון די זעלבע שטאט און קהלה וואו איך וואוין און באלאנג. איך וואלט זייער געוואלט נאך די חתונה אוועקלויפן פון דא, איך האב מער נישט קיין כח צו די דרוק פון די קהלה, איך וואלט זייער געוואלט חתונה צו אן אנדערן פלאץ, צו זיין נאנט צום אייבערשטן אבער נישט זיין נאנט צו די קהלה וואו איך בין אויפגעוואקסן. איז דאס א גערעכטע טענה נישט צו וועלן הערן דעם שידוך וועגן דעם?


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, און איך האף אז איר וועט מיר געבן די ריכטיגע עצה ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אסאך בחורים האבן דעם טעות, זיי מיינען אז מען קען נאר האבן א געשמאק אין לעבן מיט די ווייב וכו' אויב די ווייב איז אפן צו די וועלט; בפרט די בחורים וואס האבן זיך אנגעקוקט מיט עבירות אין די יונגע יארן רחמנא לצלן - זיי ווייסן בכלל נישט וואס דער לעבן איז. עס בויעט זיך אויף א דמיון אין זייער מח וואס עס מיינט ליבשאפט דורך די דמיונות וואס זיי האבן געקוקט, וואס האט נישט קיין שייכות מיט לעבן. זיי מיינען אז מיט אן ערליכע וואוילע מיידל וואס גייט בדרך התורה קען מען נישט דערגרייכן א שיינע לעבן מיט ליבשאפט, אבער באמת איז פונקט פארקערט, דיקא מיט אן ערליכע וואוילע ריינע מיידל קען מען אנקומען צו עררייכן אמת'ע ליבשאפט און אויפשטעלן א שטוב לשם ולתפארת.


דעריבער זאלסטו נישט אפזאגן א שידוך פאר אזעלכע זאכן און זיכער נישט אז זי וויל גיין אנגעטון ווי אירע עלטערן, זי וויל זיך אפשערן איר האר און זוכה זיין צו די ברכות וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיך געפונען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי איידער זיך אפשערן"; עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש טראגן א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


אז דו ווילסט דינען דעם אייבערשטן באמת, בתמימות ובפשיטות דארפסטו נישט אנטלויפן פון וואו דו שטאמסט. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נו; שיחות הר"ן סימן קלט): "כְּשֶׁיֵּשׁ לְהָאָדָם לֵב אֵין שַׁיָּךְ אֶצְלוֹ מָקוֹם כְּלָל, כִּי אַדְּרַבָּא, הוּא מְקוֹמוֹ שֶׁל עוֹלָם וְכוּ'"; א מענטש דארף צוקומען צו לעבן מיטן אייבערשטן, דעמאלט וועט אים גוט זיין וואו ער איז נאר, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל.


איך האף צו הערן בקרוב פון דיר גוטע בשורות.

#63 - ווען וועל איך שוין טרעפן מיין שידוך?
בחור, שידוכים, יבנאל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, צוואנציג יאר אלט, איך לערן אין ישיבה, אבער רוב פון מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט, און איך בין געבליבן אליין. איך האב נאך אן עלטערער ברודער העכער מיר וואס עס גייט אים נישט אזוי גרינג א שידוך, און איך ווייס נישט צי ער וויל בכלל אזוי שטארק חתונה האבן. איך בין זייער צעבראכן און צעקלאפט, איך וויין אסאך מאל אויף דעם, איך וויל אזוי שטארק טרעפן מיין שידוך, און ס'זעט נישט אויס ווי עס וועט קומען אזוי שנעל.


בערך א האלב יאר צוריק האב זיך געמאכט א פעסטע קבלה זיך צו האלטן זייער ערליך אין קדושה, עס האט אנגעהאלטן ב"ה, אבער אין די לעצטע וואך האב איך געהאט אסאך גרויסע נסיונות און ליידער האב איך נישט געקענט ביישטיין אלע נסיונות רחמנא ליצלן.


איך בין זייער צעבראכן, אינדערהיים איז מיר זייער שווער, אין ישיבה בין איך זייער לאנגווייליג, און איך האב נאכנישט באשלאסן וועלכע פון די צוויי איז בעסער פאר מיר. מיין גאנצער מח איז נאר פארנומען צו טראכטן ווען איך וועל שוין חתונה האבן, ווען איך וועל שוין האבן א נארמאלע לעבן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט אז קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט א בחור און די צער וואס א בחור גייט דורך. א בחור וויל זיין ערליך, ער וויל זיין ריין און הייליג אבער עס גייט אים נישט, ער האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ביז עס ווערט אים נמאס דאס לעבן און ער דרייט זיך ארום מיט שלעכטע מחשבות כאילו אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים וכו'.


דו בעטסט אן עצה וואס דו זאלסט טון אז דו האלסט אין איין אראפפאלן וכו'; פאלג דעם רבי'ן וואס האט אונז געגעבן די עצה פון התבודדות, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס גייט אריבער אויף דיר, ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און אפגעהיטן אין קדושה אבער עס גייט דיר נישט, בעט אים: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד; וואס זאל איך טון איך האלט אין איין אראפפאלן? איך שפיר ווי איך ווער פארברענט מיט עבירות, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, איך פאל אראפ אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דאס לעבן איז מיר נמאס", און לייג צו דיינע אייגענע תפילות. רעד צום אייבערשטן אזוי ווי דו וואלסט זיך אויסגערעדט צו דיינס א נאנטער חבר, וועט אראפגיין פון דיר אלע דינים און דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב די תפילות פון א בחור איז אין הימל; דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.): ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך דארף נישט בית דין של מעלה זאל זיך אריין מישן, "אָנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן און דער אייבערשטער ענטפערט פאר'ן צעבראכענעם הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


אז דו לערנסט אין ארץ ישראל איז כדאי דו זאלסט זיך אריבער כאפן קיין יבניאל צו מוהרא"ש'ס ציון, מוהרא"ש האט מבטיח געווען (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְ'ן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#62 - מיינע עלטערן זוכן א ספעציעלע באמבע שידוך, אבער איך וויל שוין חתונה האבן
בחור, שידוכים, יבנאל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, איך האב יעצט אנגעהויבן מיין צענטע זמן אין ישיבה גדולה אין ארץ ישראל, און ס'איז מיר שווארץ און ביטער פאר די אויגן.


וואס קען איך טון אז מיינע עלטערן ווילן מיר נישט חתונה מאכן? זיי זוכן עפעס גאר א ספעציעלע שידוך אז יעדער אין שול זאל מאכן א גרויסער מצב דערפון, און זיי ווייסן נישט אז איך דארף בכלל נישט די גאנצע פראפעגאנדע, און דארף א פשוטער שידוך, איינע וואס איז גרייט חתונה צו האבן מיט מיר. און ס'איז מיר זייער שווער דאס מסביר צו זיין פאר זיי.


ס'איז מיר זייער א שווער צו זיין א בחור, און ווער רעדט נאך ווען מ'האלט שוין ביים צענטן זמן אין ישיבה גדולה, די נסיונות זענען זייער גרויס, און נישט אלעמאל קען איך בייקומען די נסיונות. וואס קען איך טון אויף הלכה למעשה?


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, כ'האב זייער הנאה פון זיי, און ס'געבט מיר אסאך חיזוק אין לעבן. דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


דיין געשריי האב איך ערהאלטן.


דיין צער איז זייער גרויס; עס איז נישט דא אויף די וועלט אזא צער ווי דער צער וואס א בחור גייט אריבער. א בחור איז צעבראכן כחרס הנשבר אויף צענדליגער טויזנטער שטיקלעך, און כל זמן מען האט נישט חתונה איז מען א פלג גוף אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (האזינו רצו.): "מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי פְּלַג גּוּפָא", פאר מען האט חתונה איז מען נישט קיין גאנצער מענטש, מען איז האלב, "וְלֵית בִּרְכָתָא שַׁרְיָא בְּמִלָּה פְּגִימָא וַחֲסֵירָא, אֶלָּא בַּאֲתָר שְׁלִים", עס פעלט די ברכות פונעם אייבערשטן וואס קומט נאר ווען א מענטש האט חתונה.


קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט די צער וואס א בחור גייט אריבער; זיינע נסיונות און זיינע יסורים וואס ער האט. פון איין זייט וויל ער זיין ערליך און הייליג, ער וויל זיין אפגעהיטן בקדושה און פון די אנדערע זייט האלט ער אין איין אראפפאלן, ווער רעדט נאך ווען מען זעט זיך אראפפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית, מען איז מוצא זרע לבטלה רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן, דעמאלט ווערט אים גאר ביטער; זיין גאנצע לעבן ווערט אים חרוב, ובעיקר אז ער האט נישט פארוועם צו דערציילן זיין הארץ, קיינער פארשטייט אים נישט, ביז ער ווערט מיאוש און פארדרייט מיט שלעכטע מחשבות השם ירחם.


בעט איך דיר טייערער ברודער, שטארק זיך מיט סבלנות; האב געדולד און ווארט אויס ביז דיין שידוך וועט אנקומען. אפילו עס איז דיר זייער שווער, דו שפירסט אז דיינע עלטערן וועלן זיך מיט שידוכים, זיי ווארטן און ווארטן וכו' וכו' - דאך זאלסטו געדענקען און נישט פארגעסן אז 'דיין שידוך האט מיט קיינעם נישט נאר מיט'ן אייבערשטן'. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


פארליר זיך נישט און ווארט אויס אויף דיין שידוך וואס וועט קומען גאר שנעל. ביז דערווייל, ביז דיין שידוך וועט קומען זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן פון התבודדות. גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן און בעט אים פאר א שידוך, בעט אים ער זאל דיר געבן כח זיך צו שטארקן; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, ער שמועסט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער דערציילט אים אלעס וואס שטערט אים, ער שמועסט אויס פאר'ן אייבערשטן זיין הארץ ווי שטארק ער וויל זיין אן ערליכער איד אבער עס גייט אים נישט, ער דערציילט פאר'ן אייבערשטן ווי ער פאלט אריין אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן און ער וויינט זיך אויס אז ער וויל זיין ערליך, דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע דינים און דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף זיינע זינד.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (עיין ספר ארך אפים, פרק ד): "וְיֶשׁ מַלְאָךְ נוֹרָא עֶזְרִיאֵ"ל שְׁמוֹ", עס איז דא א מלאך אין הימל וואס זיין נאמען איז עזריא"ל, "שֶׁהוּא מְמוּנָה עֲלֵיהֶם", ער איז ממונה ארויף צו טראגן די תפילות פון בחורים וואס פאלן נעבעך אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, "וּבוֹנֶה מְשִׂיחָתָם וּתְפִלָּתָם הֵיכָלוֹת חֲדָשׁוֹת וְנִשְׁפַּע עֲלֵיהֶם אוֹר וָדַעַת וְשֶׁפַע וְחַיּוּת", ער נעמט די תפילות און שמועסן צום אייבערשטן און בויט דערמיט אין הימל הערליכע פאלאצן, און ברענגט אראפ אויף די נשמות א פרישע חיות און א פרישע מוט.


כאפ זיך אריבער קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך בקרוב.

#61 - א גרופע בחורים זענען זיך מחזק אינאיינעם, קענט איר אונז געבן חיזוק?
בחור, הפצה, התחזקות, שלום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען א גרופע בחורים דא אין ארץ ישראל, ווען דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען דאהי נאך פסח, האבן מיר זיך צוזאמגענומען אינאיינעם זיך צו שטארקן צוזאמען מיט די חיזוק און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און מיר ווילן בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אונז שרייבן עפעס חיזוק און הדרכה אז מיר זאלן זיך ווייטער שטארקן צוזאמען און דינען דעם אייבערשטן מיט די געוואלדיגע עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מקרב צו זיין הונדערטער טויזנטער בחורים צום אייבערשטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד הבחורים החשובים תלמידי היכל הקודש שיחיו, ירושלים עיה"ק.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


זייער גוט אז איר האלט זיך צוזאמען; איר ווייסט אוודאי דעם דיבור וואס דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב מיט די האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפַּעַם". ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז).


שטארקט זיך אין הפצה; גייט ארום פארשפרייטן די הייליגע קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, וואס איז ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים. דאס איז געשריבן אויף אזא גרינגע שפראך אז אפילו מענטשן וואס זענען נעבעך אראפ געפאלן אין עבירות קענען זיך אומקערן צום אייבערשטן דורך דעם.


קוקטס נישט אויף די אלע וואס מאכן חוזק פון די ספרים, און זיי זאגן: "דאס איז נישט דעם רבי'נס זאך!" אויף רבי נתן האט מען דאס אויך געזאגט. ווען די רבי איז אוועק און רבי נתן פלעגט רעדן אין בית המדרש זענען געווען די זעלבע עזות פענימ'ער און געשריגן: "שא, שא, מיר ווילן נישט הערן אייערע חידושים, מיר ווילן הערן נאר פון רבי'ן". דעריבער איז נישט כדאי צו קוקן און צו טענה'ען מיט די וואס שפעטן פון הייליגע ספרים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן, ווייל דיקא דורך די הייליגע ספרים וועט משיח קומען. אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי זאגט (תיקוני זוהר, מג.): "בְּפוּרְקָנָא בַתְרַיְיתָא כֹּלָּא בְיַמָּא דְאוֹרַיְיתָא, מַטֶּה דִילֵיהּ דְּקָרַע בֵּיהּ יַמָּא דָא קוֹלְמוֹס, בְּגִין דַּעֲלֵיהּ אִתְגַּלְיָיא זְרוֹעַ ה', דְּאִתְּמַר בֵּיהּ (ישעיה נג, א) וּזְרוֹעַ ה' עַל מִי נִגְלָתָה", פאר משיח וועט קומען וועט זיין א פעדער וואס וועט שרייבן חידושי תורה און אריין ברענגען א מורא'דיגע גילוי אלוקית אין די וועלט, דער פעדער וועט זיין דער שטעקן וואס וועט שפאלטן דעם ים פון אלע צרות; דאס גייט ארויף אויף די הייליגע ספרים וואס זענען מגלה ומפרסם די אמונה אויף אזא פשוט'ע אויפן אז אפילו פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען קענען אויך האבן השגה אין געטליכקייט.


'הפצה' איז אונזער תיקון צו קענען פאררעכטן אלע אונזערע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל א תיקון אויף פגם הברית זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען ווי עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. דערפאר זאלט איר אלע זיך שטארקן מיט די עצות פון רבי'ן ובפרט אין הפצה, צו העלפן דאס פארשפרייטן אויף די וועלט, אז נאך אידישע קינדער זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אידישע קינדער און אונז שיקן משיח צדקינו, ער וועט אונז לערנען אז מיר אלע זאלן תשובה טון און ער וועט אונז אויסלייזן פון אונזער ביטערן גלות, אמן.


יעדע מאל איר זיצט צוזאמען וכו', זאלט איר מיר שיקן בילדער פון די חבורה וועט איר מיר דערפרייען.

#60 - וואס טוט מען מיט א בחור וואס האלט ביי גארנישט?
בחור, חינוך הילדים, סבלנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די אלע שיינע חיזוק בריוו און דרשות וואס איר געבט אונז, עס גיבט אונז אסאך עצות און הדרכה.


מיר ווילן זיך דורכשמועסן וויאזוי צו האנדלען מיט אונזער בחור, וואס איז יעצט אהיים געקומען פון ישיבה אין אויסלאנד, און מיר ווייסן נישט וויאזוי צו האנדלען מיט אים. מיר וועלן אראפ לייגן בערך וויאזוי זיין טאג זעט אויס, און וואס עס געשעט דערפון. ער פארברענגט אין די נאכט אריין ביז גאר שפעט, און דערנאך שטייט ער אויף קוים אמאל כאפט ער שחרית צו חצות, און די גאנצע אטמאספער ווערט זייער אנגעצויגן, עס איז דא גאר אסאך ארבעט אין שטוב וואס ער קען ווען העלפן, אבער דא ליגט א בחור און שלאפט אין די טאג אריין, און עס מאכט די גאנצע אטמאספער געפערליך שווער, היינט האבן מיר אים געזאגט אז אויב עס וועט ווייטער אזוי אנגיין, וועט מען אים מוזן זוכן א הויז ביי א זיידע אדער א פעטער וואו ער וועט קענען שלאפן בין הזמנים, ווייל ביי אונז קען עס נישט ווייטער אזוי אנגיין.


מיר דארפן חיזוק וויאזוי און וואס מיר דארפן דא טון. און בכלל איז זיין אויפפירונג זייער אנטוישענד, ער פירט זיך צו אונז מיט געפערליכע חוצפה, ער שרייט צוריק, און טוט וואס אים געפעלט נאר, אן דעם וואס ער זאל זיך רעכענען מיט אונז. אין אלע זיינע פראבלעמען זענען אלע ארומיגע שולדיג, ער וועט קיינמאל נישט נעמען די שולד אויף זיך, און פרובירן צו פאררעכטן. בכלל איז ער זייער פארמאכט, מיר קענען זיך מיט אים נישט דורכרעדן, ווען מיר פרובירן צו דורכשמועסן מיט אים, וועט ער פשוט בלייבן שטיל, אדער נאך גאר זיך נעמען שרייען און באשולדיגן. מיר זענען פשוט באזארגט וויאזוי ער וועט קענען לעבן מיט א ווייב נאך די חתונה. וואס קענען מיר טון? אפשר קען אונז דער ראש ישיבה העלפן?


זיין טאטע און מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איין זאך זאלסטו גוט אריין נעמען אין דיר: "אין לעבן דארף מען האבן אסאך סבלנות, בפרט מיט קינדער"; מען דארף האבן אייזערנע נערוון מיט די קינדער נישט צו פארלירן די געדולד צו זיי. עס נעמט אסאך צייט ביז מען שניידט די פירות פון די קינדער, און אז מען האט סבלנות צו זיי שניידט מען שיינע פירות מען האט אסאך נחת פון זיי.


איך מוז דיר געבן אביסל מוסר כדאי דו זאלסט נישט פארלירן דיין בחור.


מיט אלע דיינע גערעכטע טענות וואס דו האסט אויף אים, דארפסטו וויסן אז מען רעדט מען נישט אזוי צו א קינד. אויב א קינד שטייט אויף שפעט זאגט מען אים נישט: "גיי זוך דיר א צווייטע פלאץ וואו צו שלאפן"; אז דיין בחור שלאפט אריין אין טאג ביז שפעט טאר מען אים נישט סטראשען אז ער וועט דארפן זוכן א פלאץ וואו צו שלאפן ווייל מען קען חס ושלום פארלירן דעם קינד; וואס טוסטו ווען ער זאגט דיר: "טאטע איך האב געטון וואס דו זאגסט, איך גיי אוועק פון שטוב"?! וואלסט דאס דאך נישט אויסגעהאלטן.


געב א קוק וואס טוט זיך אפ היינטיגע צייטן ביי די שענסטע שטובער, ווי קינדער לאזן אפ זייער משפחה. איך מיין אז די אנגעצויגענע לופט אין שטוב, די שווערע אטמעספער - קומט פון דיין צד. דו מאכסט די לופט אנגעצויגן, דו קוקסט אויף אים מיט א שלכעטע אויג - דאס מאכט אז ער זאל זיך נישט וועלן צושטעלן.


אודאי שלאפט ער ביז'ן טאג אריין; ער שפירט ווי מען איז נישט צופרידן פון אים און שפירט זיך איבעריג אין שטוב, נאכדעם איז ער צעבראכן און צעקלאפט אז ער שטייט אויף שפעט, וואס דאס אליינס מאכט אז ער זאל איבערדרייען וכו'.


יעצט איז נישט קיין צייט פון אנהייבן מחנך זיין; חינוך הייבט זיך אן ווען מען איז קליין, דעמאלט דארף מען ארויסנעמען פונעם קינד זיינע שלעכטע נאטורן מיט וואס ער איז געבוירן, דעמאלט איז די צייט פון דעם, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דאס קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; אבער ווען קינדער ווערן עלטער און מען האט שוין א בחור אין שטוב דארף מען זען עס זאל זיין נאר ימין מקרבת אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מז.): "לְעוֹלָם תְּהֵא שְׂמֹאל דּוֹחָה וְיָמִין מְקַרֶבֶת"; מען דארף ווייזן ליבשאפט, אז נישט קיין מען זיי אינגאנצן פאלירן.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר דו זאלסט טושן דיין צוגאנג אין שטוב מיט די קינדער; איך האב פשוט רחמנות אויף דיר און דיין ווייב און איך וויל נישט איר זאלט אים פארלירן השם ישמרינו. אז דו וועסט קוקן אויף אים גוט און ער וועט שפירן ווי טאטע מאמע האבן אים ליב און זענען צופרידן פון אים וועט ער אייך נאר ברענגען נחת.


ועל כולם זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אים און פאר אלע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - איך בין אן עלטערער בחור, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן אין ישיבה?
בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, צוויי און צוואנציג יאר אלט, און איך בין זיך זייער מחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך לערן אין א ישיבה פאר עלטערע בחורים, און איך שפיר ווי איך פאל דא אין רוחניות, די גאנצע ישיבה איז נאר עלטערע בחורים, און ס'טויג נישט דער מצב, למשל אום 10:30 אינדערפרי טאר מען נישט מאכן דא קיין רעש, ווייל די בחורים שלאפן נאך...


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב נישט וואו צו גיין ערגעץ אנדערש, אלע ישיבות פאר עלטערע בחורים זעען אויס בערך די זעלבע, און ארויסגיין פון ישיבה אויפ'ן גאס איז זיכער נישט קיין עסק.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט ווייטער קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט צו מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער קען דען פארשטיין די צער פון א בחור; עס אי נישט דא נאך אזא ווייטאג ווי דער ווייטאג וואס א בחור גייט אריבער. דער עיקר ווייטאג איז אז קיינער פארשטייט אים נישט, אלע יאגן אים; אין שטוב יאגט מען אים ער זאל גיין אין ישיבה און אין ישיבה פארלאנגט מען פון אים אן א שיעור וכו' אין די צייט וואס ער דראפעט זיך וכו' און יעדע סעקונדע שפירט ער ווי ער קען נישט מער אויסהאלטן דאס פייער וואס ברענט אין אים. ער האלט אין איין אראפ פאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן און וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ ביי זיך אז ער גייט זיין הייליג שפירט ער כאילו מען מיינט נישט אים, ער שפירט ווי ער האט נישט מער קיין בחירה, ער קען דאס נישט אויסהאלטן.


אויף דעם האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט און אונז געשיקט די נשמה פונעם הייליגן רבי'ן - רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו וואס ווייזט פאר אלע בחורים די רחמנות פונעם אייבערשטן, אז דער אייבערשטער ווארט מען זאל קומען צו אים און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות"; א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן, ער זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים. ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן און ער רעדט צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, דעמאלט עפנט זיך אויף פאר אים א נייע וועלט, ער הייבט אן לעבן א זיסע לעבן; עס שטערט שוין נישט וואו מען איז וכו' ווייל מען שפירט דעם אייבערשטן איבעראל.


אין אנהייב קומט נישט אן גרינג צו רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש זינדיגט ווערט ביי אים אויסגעלאשן די אמונה, ער שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, עס דאכט זיך אים אז דער אייבערשטער הערט אים נישט אויס און עס קומען אים אריין שלעכטע מחשבות וכו'. די עבירות וואס ער האט געטון רודפ'ן אים, זיי גייען אים נאך און לאזן אים נישט אפ. אבער אז מען טוט תשובה און מען קוקט נישט אויף די אלע מחשבות, מען גלייבט וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "קיין ייאוש איז נישט פארהאנען", און מען שטופט זיך צו רעדן צום אייבערשטן, דאן ווערט דער מח צוביסלעך ריין און מען הייבט אן שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר.


טייערער ברודער, אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן וועט דיר נישט זיין קיין חילוק די ישיבה אדער יענע ישיבה, וואו דו וועסט זיין וועסטו זיין פרייליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - האט איר פאר מיר א דרך תשובה אויף מיינע עבירות?
תפילה והתבודדות, בחור, תשובה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור און איך וויל האבן א דרך תשובה אויף מיינע עבירות, איך פאל אראפ נאך און נאך, און שפיר אז איך מער נישט אזוי אנגיין.


איך האב פרובירט צו לערנען משניות, אבער ס'איז מיר שווער צו זאגן אין א משניות, וויל איך וויסן אזוי ווי איך האב א טעלעפאן מיט א פילטער, מעג איך לערנען משניות פונעם טעלעפאן, אדער ס'מוז זיין דוקא פון א געהעריגע משניות.


נאך א שאלה האב איך, אסאך מאל נאכדעם וואס איך פאל דורך אין אן עבירה, האב איך נישט קיין חשק צו דאווענען, איז דאס עפעס אן עצה אויף דעם?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געוואוין זיך צו צו זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ].


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן ווייל דאס איז א תיקון פאר אלע עבירות בכלליות און בפרט אויף פגם הברית רחמנא לצלן. נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, שם) אז אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, "אבער מיר" - זאגט דער רבי – "האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון".


זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך. עס נעמט נישט מער ווי אפאר מינוט, עס זעט אויס ווי א קלייניקייט אבער עס איז זייער א גרויסע זאך; אין דעם איז תלוי דיין תשובה.


דו זאלסט ווייטער זאגן משניות אפילו עס איז דיר שווער; דאס איז נאר אין אנהייב ווען דער מענטש וויל זיך ארויס רייסן פון די קליפות, דעמאלט קומט אים אן זייער שווער יעדע משנה, יעדע ווארט וכו', אבער מיט די צייט וועט דיר עס ווערן אסאך גרינגער.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס משניות טוט מיט א מענטש; משניות רייניגט דעם מענטש און טוישט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה", ווי מער א מענטש איז עוסק אין משניות איז ער זיך מער מְשַׁנֶה און ווערט מער ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז די ראשי תיבות פון הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


ווען דו ווילסט גיין דאווענען זאלסטו זיך נישט מבלבל זיין פונעם יצר הרע וואס זוכט דיר אוועק צו נעמען דיין חשק מיט'ן אויפברענגען דיין עבר; זאג פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך הייב אן פון יעצט, זיי מיר מוחל וואס איז געווען", און שטעל זיך דאווענען מיט שמחה; ווארט נישט אויף די חשק, די חשק קומט במשך די צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - ווי אזוי קען איך האבן א טעם אין לעבן?
לימוד התורה, בחור, התחזקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ירושלים עיה"ק, איך וואלגער זיך ארום פון איין ישיבה צום צווייטן, אין שיעור א' בין איך געווען אין איין ישיבה, אין שיעור ב' אין א צווייטע ישיבה, און יעצט אין א דריטע ישיבה, און איך שפיר אז מיר גייט עס נישט.


איך האב נישט קיין חשק צו לערנען, קיין חשק צו דאווענען און תפלין לייגן, און בכלל האב איך נישט קיין סיפוק פון קיין שום זאך אין לעבן. ווען איך וויל שוין גיין רעדן אביסל צום אייבערשטן, שפיר איך ווייטער אז דער אייבערשטער וויל מיר פשוט נישט אויסהערן.


ס'איז נישט אז איך בין א ליידיג גייער און איך האלט ביי גארנישט, ווייל באמת ציט מיר מיין הארץ זייער שטארק צו וועלן זיין גוט, צו וועלן זיין ערליך, צו האבן עפעס א תכלית אין לעבן, אבער עס גייט מיר נישט. איך פארשטיי נישט פארוואס פונקט איך בין אויסגעקליבן געווארן צו זיין דער לא יצלח, צו זיין דער וואס טויג צו גארנישט, וואס מוז נאכלויפן די ווינט, דער וואס מוז קוקן כל דבר אסור.


איך גלייב אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר האבן וואס צו זאגן, עפעס אן עצה און א וועג ווי אזוי אויך איך זאל קענען מצליח זיין אין לעבן.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט מצליח זיין און אויסנוצן דיינע יונגע יארן ווי עס דארף צו זיין זאלסטו אננעמען דעם הייליג'ן רבינ'ס "סדר דרך הלימוד". דער וואס לערנט אויפן 'סדר דרך הלימוד' פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) ווערט מיט די צייט מיושב; מען איז זוכה צו ווערן א רואיגער מענטש, מען שפירט א טעם אין לעבן און מען שפירט שוין נישט ווי דער אייבערשטער וויל נישט אויסהערן, מען הייבט אן שפירן ווי מען איז יא ווערד.


דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לימוד משניות; משניות וועט דיר אויסרייניגן און דו וועסט שוין נישט שפירן ביי זיך אז דו ביסט גארנישט ווערד. "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; משניות איז מְשַׁנֶה דעם מענטש און מאכט אים ריין. אזוי אויך האט משניות א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע; הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי (תהילים ל, ד), איז די ראשי תיבות: 'מִשְׁנָה', משניות נעמט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


פרוביר צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; אז מען זאגט יעדן טאג ח"י פרקים משניות מאכט דאס לויטער דעם מענטש און עס געבט אים צוריק דעם מח. ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח-מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, דעריבער אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', און אז מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.


אויך זאלסטו זאגן אסאך דפים גמרא יעדן טאג; ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, זיי ווערן כעפרא בעלמא.


אז דו וועסט טון וואס שטייט אינעם בריוו וועסטו שפירן חשוב ביי דיר.


 

#56 - וואס זאל איך טון ווען איך זע אנדערע בחורים טוען עבירות?
בחור, ישיבה, ניבול פה, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים וואס זענען ממש כמים קרים על נפש עייפה.


איך לערן אין א חסיד'ישע ישיבה גדולה אין ארץ ישראל, און ברוך השם איך פרוביר דאס בעסטע צו זיין אן ערליכער איד און זיך האלטן בקדושה וכו'. אבער ליידער זענען דא פון מיינע חבירים וואס הערן נישט אויס די שיעורים און זיי פאלן אדורך מיט הארבע עבירות רח"ל, און זיי כאפן אויך אריין יונגע בחורים וכדו'. וויל איך וויסן צי איך דארף אדער איך מעג בכלל עפעס טון וועגן דעם, און אויב יא, וואס קען איך טון?


איך קוק ארויס צו באקומען א תשובה, א גרויסן יישר כח.


ארי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ארי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט נישט קיין שייכות מיט די בחורים וואס רעדן ניבול פה; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געגעבן א סימן ווי אזוי מען קען וויסן מיט וועם מען קען זיך חבר'ן, אויב רעדט יענער איידל איז א סימן אז ער איז ערליך איז גוט און מען מעג זיך חבר'ן מיט יענעם, אבער אויב יענער רעדט נישט איידל, אפילו ער זעט אויס פון אינדרויסן גוט, ער גייט אנגעטון מיט חסידי'שע קליידער - זאל מען אנטלויפן פון יענעם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין יז:): "רַב בָּדִיק בְּלִישְׁנֵיהּ"; זאגן צדיקים א רמז אז מען קען דערקענען אויף א מענטש לויט זיין רעדן - ווער ער איז; אויב רעדט ער איידל איז א סימן אז ער איז אן ערליכער איד, און אז נישט דארף מען אנטלויפן פון יענעם. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז אים פארדארבן רחמנא לצלן"; דעריבער פריי איך זיך זייער צו הערן אז דו האסט נישט קיין שייכות מיט די בחורים וואס פירן זיך אויף נישט איידל.


אודאי זאלסטו טון צו דער זאך; זאלסט מודיע זיין פאר דיין ראש ישיבה אז עס זענען דא בחורים וואס טוען מעשה נבלה צווישן זיך רחמנא לצלן. וועט ער אוועק שיקן די בחורים וואס פארכאפן יונגע בחורים אין עבירות וועט די ישיבה נאך קענען אנגיין, און אז נישט וועט גארנישט בלייבן פון די גאנצע ישיבה.


דאס וואס מען זעט ווי ישיבות מאכן זיך צו און עס בלייבט גארנישט דערפון, דאס קומט פון די עבירה וואס בחורים טוען צווישן זיך רחמנא לצלן. אזוי ווי מיר געפונען אין חז"ל (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): אליהו הנביא האט דערציילט: "פַּעַם אַחַת הָיִיתִי מְהַלֵּךְ בְּתוֹךְ הַגּוֹלָה שֶׁבְּבָבֶל, וְנִכְנַסְתִּי לְעִיר גְדוֹלָה שֶׁל יִשְׂרָאֵל וְאֵין שָׁם עֲכּוּ"ם כְּלָל. וּמָצָאתִי שָׁם מְלַמֵּד תִּינוֹקוֹת אֶחָד, וְיָשְׁבוּ לְפָנָיו מָאתַיִם נְעָרִים שֶׁרוּבָּן בְּנֵי שְׁמוֹנָה עֶשְׂרֵה שָׁנָה וּבְנֵי עֶשְׂרִים שָׁנָה", איך בין אמאל געגאנגען אין א שטאט אין חוץ לארץ, אין בלל, און איך האב געטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - בערך צוויי הונדערט תלמידים אין די יארגענג פון אכצן ביז צוואנציג יאר, "וּלְשָׁנָה הָאַחֶרֶת חָזַרְתִּי לְשָׁם וּמָצָאתִי אֶת הַתַּלְמִידִים וְאֵין רַבָּם בֵּינֵיהֶם אֶלָּא בֶּן אֶחָד בִּלְבָד שֶׁהוּא הָיָה בֶּן בֶּן בְּנוֹ שֶׁבִּשְׁבִיל מַעֲשֵׂיהֶם הַמְקֻלְקָלִים שֶׁל אוֹתָן נְעָרִים מֵּת רַבָּן וּמֵתָה אִשְׁתּוֹ וּמֵת בְּנוֹ וּמֵתוּ כָּל הַנְּעָרִים שֶׁרוּבָּן בְּנֵי שְׁמוֹנָה עֶשְׂרֵה וּבְנֵי עֶשְׂרִים וְלֹא נִשְׁתַּייְרוּ רַק הַקְּטַנִּים", נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו דעם שטאט און איך האב נישט געקענט טרעפן דעם מלמד, האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן, אזוי אויך זענען געשטארבן זיין ווייב און קינדער און אלע תלמידים, און עס זענען נאר איבערגעבליבן אפאר יונגע תלמידים, "וְהָיִיתִי בּוֹכָה וּמִתְאַנֵּחַ עֲלֵיהֶם", האב איך אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען, טראכטנדיג צו מיר: 'פארוואס איז דער מלמד, זיין משפחה מיט די תלמידים – געשטארבן?' "עַד שֶׁבָּא אֵלַי מַלְאָךְ מִן הַשָּׁמַיִם וְאָמַר לִי מִפְּנֵי מָה אַתָּה בּוֹכֶה וּמִתְאַנֵּחַ, אָמַרְתִּי לוֹ וְכִי לֹא אֶבְכֶּה וְאֶתְאַנַּח עַל אֵלּוּ שֶׁבָּאוּ לִידֵי מִקְרָא וּמִשְׁנָה וְעַכְשָׁיו הָלְכוּ לָהֶם וְהָיוּ כְּלֹא הָיוּ", ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געענטפערט: "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן..." "וְאָמַר לִי לֹא יָפָה עָשִׂיתָ שֶׁאַתָּה בּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל וּמִתְאַנֵּחַ עֲלֵיהֶם, אָמַרְתִּי לוֹ מִפְּנֵי מָה, וְאָמַר לִי שֶׁהֵן הָיוּ עוֹשִׂין דְּבָרִים מְכֹעָרִים וּדְבָרִים שֶׁאֵינָן רְאוּיִין, וּמְקוּלְקָלִין בְּעַצְמָם, וְהָיוּ מוֹצִיאִין שִׁכְבַת זֶרַע חִנָּם וְהֵן לֹא הָיוּ יוֹדְעִין בְּעַצְמָן שֶׁהַמִּיתָה מַשִּׂיגָתָן", האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים; זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן".


מוהרא"ש האט מיר אנגעזאגט איך זאל נישט ארויס ווארפן קיין בחור פאר קיין שום זאך, חוץ אויב ער איז א קראנקער בחור וואס לויפט נאך אנדערע בחורים; אזא איינעם זאל איך פארשיקן ווי פריער, אז נישט וועט זיך די ישיבה נישט האלטן.


ממילא זאלסטו זיכער גיין צום ראש ישיבה און אים דערציילן אלע פרטים וואס דו ווייסט.


דו נוץ אויס ריכטיג דיינע יונגע יארן, ווייל וואס מען לערנט אין די יונגע יארן דאס בלייבט אויף א גאנץ לעבן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע צייט פונעם מענטשנ'ס זענען זיינע יונגע יארן. דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות און אין גמרא כסדרן, הייב אן פון אנהייב און ווי לאנג דו ביסט נישט מסיים גאנץ ש"ס זאלסטו נישט איבער חזר'ן, נאר גיין ווייטער כסדרן. אמת טאקע, עס איז זייער שווער פאר א בחור צו זיין אפגעהיטן כל זמן מען האט נישט חתונה, אבער פון די אנדערע זייט האסטו נאך נישט קיין עול פרנסה, איז יעצט א צייט וואס מען קען אסאך אנקומען.


א גוטן טאג.

#55 - מ'טשעפעט מיך אין ישיבה וועגן ברסלב, וואס קען איך טון?
בחור, חסידות ברסלב, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, דרייצן יאר אלט, אין זכות פון די שיעורים האב איך שוין געלערנט גמרא מסכת ברכות שבת און עירובין, און פיר מאל ששה סדרי משנה.


איך לערן אין א ישיבה, נישט קיין ברסלב'ע ישיבה, און מען טשעפעט מיר און מ'טענה'ט מיט מיר וועגן דעם, וואס זאל איך טון?


אליעזר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור אליעזר נרו יאיר.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ניצט אויס דיינע יונגע יארן מיט לימוד התורה; דו האסט אנגעהויבן לערנען ש"ס כסדרן אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און דו האסט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת ברכות, שבת און עירובין. אזוי אויך לערנסטו משניות און דו האסט שוין מסיים געווען פיר מאל ששה סדרי משנה; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


בנוגע דאס וואס מען טשעפעט דיר אין ישיבה; איך וואלט דיר געזאגט זאלסט נישט דערציילן פאר קיינעם וואס דו טוסט, נאר זאלסט זיצן פאר זיך און לערנען, וועלן זיי דיר נישט טשעפען. מען קען נישט טשעפען מיט איינעם וואס מאכט זיך נישט צוטון; אז דו וועסט זיצן פאר דיר אין די פרייע צייט ווען אלע זענען פארנומען מיט נארישקייטן, וועסט זיך מאכן א גוטע נאמען; דיינע עלטערן וועלן האבן נחת פון דיר און דו וועסט אויסוואקסן א ערליכער איד א גרויסער צדיק.


זע צו מכבד זיין דיינע מגידי שיעורים און האלט מיט די שיעורים אין ישיבה, וואס דאס קומט פאר אלעס. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות; בפרט ביים הייליגן רבי איז דרך ארץ געווען די ערשטע זאך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


זאלסט מיט האלטן די סדרים אין ישיבה, און אין די זייטיגע צייטן ווען קיינער לערנט נישט וכו' זאלסטו זיצן מיט א משניות און א גמרא און לערנען בהתמדה רבה. און ווען עס קומען בחורים זיך אונטער האלטן אויף דיין חשבון זאלסטו נישט ענטפערן נאר ווייטער לערנען; קוק נישט אויף קיינעם וועסטו אויסוואקסן לשם ולתפארת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - פארוואס חתונה האבן יונג? מ'פארלירט דאך די שענסטע בחור'ישע יארן?
בחור, חינוך הילדים, חתונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס געהערט א שיעור פון אייך אז ס'איז גוט א בחור זאל חתונה האבן ווי יונגער. איך האב מיר זייער געוואונדערט אויף דעם, ווייל איך האב אלץ געהערט פון מיינע מגידי שיעור אז די בחור'ישע יארן זענען די שענסטע יארן אין לעבן, דאס איז דער יסוד פון לעבן, וואס מ'קען אויפטון אלס בחור קען מען קיינמאל נישט אויפטון שפעטער. פארוואס זאגט איר אז ס'איז יא בעסער חתונה צו האבן ווי פריער, מ'וועט דאך פארפאסן די שענסטע בחור'ישע יארן?


נאכדערצו אז דער ישמח משה שרייבט, "שעה אחת בימי הבחרות כשנה שלימה בימי עמידה", איין שעה אין די בחור'ישע יארן איז ווי א גאנצע יאר אין די עלטערע יארן. איך פלעג דאס הערן פון מיינע מגידי שיעור יעדע פופצן מינוט... און יעצט הער איך גאר פונקט פארקערט.


איך פרעג נישט חס ושלום לקנטר, איך וויל באמת פארשטיין, און איך האף איר וועט מיר דאס קלאר שטעלן.


יישר כח, שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז דאס וואס דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו שרייבט אינעם בריוו פאר זיין זון: "וְשָׁעָה אַחַת בִּימֵי הַבַּחֲרוּת - כְּשָׁנָה שְׁלֵמָה בִּימֵי הָעֲמִידָה חָשׁוּב", איין שעה אין די יונגע יארן איז אזוי ווי א גאנצע יאר אויף דער עלטער, רעדט ער נישט פון די תקופה וואס מיר רופן היינט אן: "די בחור'ישע יארן", און ווען מען האט חתונה ווערט מען אויס בחור, ווייל דער בריוו האט דער ישמח משה זי"ע געשריבן פאר זיין זון הרב הקדוש רבי אלעזר ניסן זכר צדיק לברכה שוין נאך די חתונה! נאר "ימי הבחרות" מיינט "די יונגע יארן" - סיי מיט א ווייב און סיי אן א ווייב. דער הייליגער ישמח משה שרייבט דאס אונז צו לערנען ווי חשוב די יונגע יארן זענען און מען זאל ריכטיג אויסנוצן די צייט צו דינען דעם אייבערשטן.


די זעלבע זאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", דאס דינען דעם אייבערשטן אין די יונגע יארן איז מער חשוב ווי די עבודה אויף דער עלטער.


דאס וואס דו שרייבסט: "אויב מען האט חתונה פרי פארלירט מען די שענסטע יארן", - איז נישט ריכטיג; אין הכי נמי, פון איין זייט איז פאר א בחור גרינגער צו לערנען און דאווענען ווייל ער האט נאך נישט דעם עול הפרנסה און ער דארף נאך נישט אויפציען קינדער, אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", ווילאנג מען האט נישט חתונה איז מען נישט פרייליך, מען האט נישט קיין ברכה און מען האט נישט קיין גוטס; נאכמער זאגן חכמינו הקדושים אויף א צווייטע פלאץ (בראשית רבה, פרשה יז, סימן ב): "כָּל שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא טוֹבָה, בְּלֹא עֵזֶר, בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא כַּפָּרָה, אַף בְּלֹא שָׁלוֹם, אַף בְּלֹא חַיִּים, וְאֵינוֹ אָדָם שָׁלֵם", פאר מען האט חתונה האט מען נישט קיין גוטס, מען האט נישט קיין העלפער, מען האט נישט קיין שמחה, מען האט נישט קיין ברכה, מען האט נישט קיין כפרה, עס פעלט שלום, מען האט נישט קיין לעבן און מען איז נישט א גאנצע מענטש. אין זוהר הקדוש שטייט (ויקרא ה.): "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ, וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם. וְלֹא עוֹד אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", ווילאנג א מענטש האט נישט חתונה האט ער נישט קיין גוטס, ער איז בכלל נישט קיין מענטש און ער איז נישט כדאי צו ווערן געבענטשט; נאך זאגט דער זוהר (פרשת אחרי, נט:): רבי יצחק זאגט: "בְכָל אֲתַר דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָאו כְּדַאי לְמֵחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", ווער עס איז נישט חתונה געהאט איז נישט ראוי צו מקבל זיין פני השכנה.


פון דעם קענסטו זען די סיבה פון אלע צער און יסורים וואס גייט אלץ אריבער אויף בחורים – ווייל עס פעלט זיי די אלע גוטע זאכן. דורכדעם וואס מען פאלט נעבעך אראפ אין עבירות, מען זינדיגט אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן – זענען די תוצאות דערפון אז דער מענטש איז צעבראכן כחרס הנשבר. און דאס איז די סיבה פארוואס עס פאלן נעבעך שטיקער פון אידישע קינדער; ווען מען וואלט ווען חתונה געמאכט די קינדער יונג וואלטן אלע געבליבן ערליך און הייליג.


טראכט גוט אריין ווען די פריערדיגע צדיקים האבן חתונה געהאט; דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט חתונה געהאט ביי די דרייצן יאר, אזוי אויך דער הייליגער רבי האט חתונה געהאט ביי די בר מצוה (עיין פעולת הצדיק, סימן סה), און בעצם האבן אלע צדיקים חתונה געהאט יונג, אזוי זענען זיי אויפגעוואקסן בקדושה ובטהרה.


מיר געפונען אין די גמרא אז דער הייליגער אמורא רב חסדא האט זיך אויסגערימט פאר די חכמים - זיינע חברים (קידושין כט:): "הַאי דַּעֲדִיפְנָא מֵחַבְרָאִי, דִּנְסִיבְנָא בְּשִׁתְּסָר", דאס וואס איך בין מער פון מיינע חברים, איז ווייל איך האב חתונה געהאט יונג - ביי די זעכצן יאר (זעכצן יאר מיינט מען וואס מיר רופן פופצן יאר, אנפאנג פון די זעכצן יאר), "וְאִי נְסִיבְנָא בְּאַרְבֵּיסָר הֲוָה אֲמִינָא לֵיהּ לְשָׂטָן: גִּירָא בְּעֵינֶיךָ", אויב וואלט איך חתונה געהאט ביי די פערצן יאר, וואלט איך זיך געקענט רייצן מיטן שטן און איך וואלט נישט מורא געהאט פון אים, ער וואלט מיר נישט געקענט מכשיל זיין מיט עבירות און איך וואלט ווען געווען מער אפגעהיטן.


אז דו רעדסט פונעם בריוו פונעם הייליגן ישמח משה, ווייסטו מן הסתם אויך אז דער ישמח משה זי"ע האט דורכאויס זיין גאנץ לעבן געהאפט געווארט אויף משיח און נישט מסיח דעת געווען פון ביאת המשיח. ער האט שטענדיג געהאלטן מיט זיך די בגדי שבת נעבן זיך אפילו ביים שלאפן, אז אויב משיח וועט פלוצלינג קומען זאל ער אים גלייך קענען מקבל פנים זיין. דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו האט נאכגעזאגט (עיין בדברי יואל פרשת חיי שרה עמוד תעד; פרשת תזריע עמוד שיט) וואס ער האט געהערט אלץ אינגערמאן ווען ער האט נאך געוואוינט אין שטאט סאטמאר פון אן אלטן איד ר' אברהם לעווי [פילפישער] זכרונו לברכה וואס האט אליינס געהערט פונעם הייליגן ישמח משה איינמאל הושענא רבה ווען ער האט געהאלטן ביים שטיקל "הושענא למענך אלקינו" ווי ער האט געוויינט צום אייבערשטן און געזאגט: "רבון כל עולמים, איך בעט נישט משיח זאל קומען פאר מיר און פאר מיין הנאה, און אפילו איך וועל נישט זוכה זיין צו זען דאס גוטס וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען און איך וועל נישט האבן קיין חלק פון דעם איז מיר אויך גוט, איך וויל נאר עס זאל זיין 'יִתְגַּדֵּל וְיִתְקַדֵּשׁ שְׁמֵיהּ רַבָּא'".


דאס איז געווען דער גרויסער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו, ער האט נאר געוואלט און געבענקט און געהאפט יעדע רגע אז משיח זאל שוין קומען. איז כדאי דו זאלסט זען וואס ער זאגט וועגן די "בחור'ישע יארן" (ספר ישמח משה, פרשת כי תבוא): "כִּי הִנֵּה תָּמַהֲתִּי עַל עִיכּוּב הַגָּלוּת, כִּי רוֹב בְּנֵי יִשְׂרָאֵל הֵמָּה כְּשֵׁרִים וּמַדּוּעַ בֶּן דָּוִד לֹא בָּא", איך וואונדער זיך פארוואס משיח איז נאך נישט געקומען, בשעת מיר זעען אז רוב אידישע קינדער זענען ערליך און אפגעהיטן פון עבירות. "וְכַאֲשֶׁר חָקַרְתִּי נִתְוַדַּע לִי כִּי בְּבַּחֲרוּתָם מַרְבִּין חֲבִילוֹת עֲבֵירוֹת עַד שֶׁדַּי לָהֶם עַל יְמֵי חַיֵּיהֶם, וְעַל זֶּה אֵין עוֹשִׂין תְּשׁוּבָה כְּלָל וְזֶה הַגּוֹרֵם, וּלְכָךְ אֵין יְכוֹלִין שׁוּב לְהִדָּבֵק בְּבוֹרְאֵינוּ יִתְבָּרַךְ שְּׁמוֹ", ביז איך בין געוואויר געווארן אז די בחורים טוען נעבעך זייער אסאך עבירות רחמנא לצלן און טוען נישט קיין תשובה דערויף, דאס איז די סיבה אויפן אריכות הגלות; איז פאר דו שרייבסט מיר אז אויב מען האט חתונה יונג פארלירט מען די שענסטע יארן, זאלסטו זען וואס דער הייליגער ישמח משה זאגט, אז נאר וועגן די עבירות וואס מען טוט דורכאויס די בחורי'ישע יארן ליידן מיר אין גלות.


עס כאפט א ציטער און א שרעק ווען מען לערנט דעם שטיקל ישמח משה זעענדיג וואס עס גייט אריבער אויף אידישע קינדער; פון אינדרויסן זעט מען דאס נישט אן, אלעס זעט אויס גלאט און גלאנציג, עס זעט אויס ווי עס איז נישט דא קיין נסיונות, מען פאלט נישט אראפ אין עבירות, מען דארף נישט קיין חיזוק וכו'; עס פאלט קיינעם נישט איין די שרעקליכע ווייטאג וואס בחורים און מיידלעך גיין אריבער, זיי ווילן זיין גוט און ערליך, אבער זיי האלטן אין איין אראפפאלן השם ישמרינו.


קוק וואס דער הייליגער ראשית חכמה שרייבט וועגן די בחור'ישע יארן, (שער התשובה פרק ג, סימן י): "וּמֵהַדְּבָרִים שֶׁצָּרִיךְ הַשָּׁב לְתַקֵּן, הוּא לְתַקֵּן אוֹת בְּרִית הַפָּגוּם בְּהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", מען דארף תשובה טון אויף די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, "שֶּׁאֵין אָדָם בִּזְמַנֵּנוּ נִיצוֹל מִמֶּנּוּ בְּבַחֲרוּתוֹ", ווייל עס איז נישטא היינטיגע צייטן א מענטש וואס ווערט ניצול פון די עבירה אין די בחור'ישע יארן, עיין שם; דאס האט ער געשריבן אין צפת פאר איבער פיר הונדערט יאר צוריק, אינעם דור פונעם הייליגן אריז"ל, ווען דער שטאט צפת איז געווען אנגעפילט מיט הייליגע צדיקים, קדושים און עליונים וואס האט געברענגט א הייליגקייט אויף די גאנצע שטאט (חוץ מזה וואס להבדיל די אראבקעס זענען געגאנגען אנגעטון מיט א מורא'דיגע צניעות, אנגעטון פון קאפ ביזן פיס און עס איז נישט געווען שייך צו קוקן א ראי' אסורה), און טראץ דעם שרייבט ער אין יענע צייט די ווערטער: "שֶּׁאֵין אָדָם בִּזְמַנֵּנוּ נִיצוֹל מִמֶּנּוּ בְּבַחֲרוּתוֹ", אז יעדער בחור פאלט דורך אין די עבירה דורכאויס די בחור'ישע יארן, איז דאך זיכער אז אין אונזער דור ווען אלעס איז אפן און עס איז ביטער שווער צו זיין אפגעהיטן בקדושה, ווער רעדט נאך היינט צו טאגס ווען מיר האבן די ביטערע צרה אז יונגע קינדער - בחורים און מיידלעך - דרייען זיך ארום האבנדיג אין טאש אן אייפאד, סמארט-פאון וואס מען קען זען דארט אלע עבירות פון די וועלט, איז דאך זיכער אז ווי פריער מען קען חתונה האבן וועט מען האבן שענערע יארן; דאס איז די איינציגסטע עצה! מען זאל חתונה האבן יונג ווען מען איז ריין און הייליג, ווייל נאר אזוי קען מען זיין אפגעהיטן פון עבירות.


עלטערן וואס האבן אמת'דיג רחמנות אויף זייערע קינדער דארפן זען חתונה צו מאכן די קינדער ווי יונגער און נישט זוכן קיין תירוצים אפצושטופן די חתונה; מען קען הערן אלע מיני סברות פון מענטשן פארוואס זיי הערן נישט אויס קיין שידוכים פאר די קינדער:


א. עס זענען דא עלטערן וואס זאגן: "אונזער קינד איז נאך יונג, פארוואס זאלן מיר אים פארדרייען דעם קאפ מיט שידוכים וכו'? פארוואס זאלן מיר ארויפלייגן אויף אונזער קינד דעם עול פון חתונה האבן?" ווי מאדנע עס הערט זיך קען מען הערן די טענה אפילו ווען דאס קינד איז שוין העכער צוואנציג יאר, וואס דעמאלט זאגן די הייליגע חכמים בפירוש אז (קידושין כט:): "כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", אויב מען האט נישט חתונה פאר די צוואנציג יאר וועט מען א גאנץ לעבן האבן מחשבות פון עבירות; ווייל הרגל נעשה טבע, דאס געוואוינהייט ווערט ווי א צווייטע נאטור, און וויבאלד ער האט נישט חתונה געהאט יונג האט ער כסדר געטראכט שלעכטע מחשבות, וועט זיך דאס שוין ביי אים ציען אויף ווייטער. אבער דאס איז א גרויסע טעות, ווייל אלע צרות קומען פון דעם וואס מען מאכט נישט חתונה יונג די קינדער - בפרט די מיידלעך וואס זיי דארפן מער שמירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "בִּתְּךָ בָּגְּרָה - שַׁחְרֵר עַבְדְּךָ וְתֶּן לָהּ", ווען דיין טאכטער ווערט א בוגרת זאלסטו איר גלייך חתונה מאכן - אפילו מיט דיין קנעכט! אז זי זאל נישט אוועק פאלן חס ושלום.


ב. אויך קען מען הערן עלטערן זאגן: "מיר האבן אזוי ליב אונזער קינד, פארוואס זאלן מיר אזוי שנעל חתנה מאכן?" באמת איז דאס נישט קיין ליבשאפט, ווייל ווען זיי וואלטן באמת ליב געהאט זייער קינד וואלטן זיי חתונה געמאכט דאס קינד ווי שנעלער; ווען מען טוט וואס איז גוט פאר יענעם ווייזט דאס אז מען האט יענעם ליב, נישט ווען מען קוקט אויף די אייגענע אינטערעסן און מען זאגט אז מען האט יענעם ליב. אויף דעם זאגט דער פסוק (איכה ד, י): "יְדֵי נָשִׁים רַחֲמָנִיּוֹת בִּשְּׁלוּ יַלְדֵיהֶן", רחמנות'דיגע מאמעס האבן מיט זייערע אייגענע הענט גע'הרג'ט זייערע קינדער; מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס גייט היינט איבער אויף בני הנעורים, ווי זיי פייניגן זיך און האלטן אין איין אראפפאלן אין מיאוס'ע עבירות, וואס מען קען ווען דאס אלעס איינשפארן דורך זיי חתונה מאכן יונג.


ג. ווידער זענען דא עלטערן וואס זאגן אפ שידוכים מיטן תירוץ אז עס קאסט אסאך געלט צו חתונה מאכן, דאס איז אויך א רציחה און אן אכזריות צו לאזן צוליב דעם די קינדער זיך עלטערן; ווער הייסט חתונה מאכן טייער, רייך און אויסגעבן שווערע געלטער זיך צו ווייזן פאר מענטשן אז מען האט געלט וכו'?! ענדערש זאל מען חתונה מאכן די קינדער ביליג און די געלט (אויב מען האט דאס בכלל) זאל מען געבן פארן יונגן פאר-פאלק זיי זאלן האבן פרנסה וכו', ווען מען וואלט ווען געשפארט געלט נישט צו חתונה מאכן אין טייערע זאלן און נאר רופן די נאנטע משפחה וואלט מען ווען געקענט גרינגערהייט חתונה מאכן די קינדער אן קיין חובות. ממילא איז דאס אויך נישט קיין בארעכטיגטע תירוץ פארוואס אפצושטופן שידוכים.


ד. עס זענען דא וואס זאגן אפ שידוכים וועגן כבוד און יחוס; די קינדער נעבעך פאלן אראפ אין ביטערע עוונות רחמנא לצלן אן דעם וואס די עלטערן זאלן וויסן בכלל וואו זיי פאלן נעבעך אראפ - אלץ נאר צוליב כבוד המדומה. דאס הייסט אוועק גיין פונעם דרך התורה, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (יבמות סג.): "נָחִית דַּרְגָּא", גיי אראפ פון דיין דרגא, "נָסֹב אִיתְּתָא", כדי זאלסט קענען חתונה האבן; ווי קענען עלטערן שלאפן רואיג ביינאכט ווען זיי האבן אין שטוב קינדער וואס דארפן חתונה האבן? וואו איז די יראת שמים פון עלטערן וואס לאזן זייערע קינדער עלטער ווערן נאר צוליב כבוד?!


ה. עס זענען דא עלטערן וואס זענען זיך מלבוש בלבוש תלמוד חכם און זאגן אפ שדוכים מיטן תירוץ אז די קינדער דארפן זיך נאך משלים זיין אין לערנען; דאס איז אויך אנטקעגן די תורה, ווייל חכמינו זכרונו לברכה זאגן (קידושין כט): "אִם אִי אֶפְשַׁר לּוֹ בְּלֹא אִשָּׁה - יִשָּׂא אִשָּׁה וְאַחַר כַּךְ יִלְמֹד תּוֹרָה", אויב מען קען נישט זיין אן א פרוי זאל מען קודם חתונה האבן און נאכדעם לערנען תורה; נאך זאגן חז"ל (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר - נוֹשֵׂא אִשָּׁה וְלוֹ בָּנִים", אז מען האט חתונה איז מען א ריינער מענטש.


תמצית הדברים, ווער עס האט רחמנות אויף די קינדער זאל זיי ווי פריער חתונה מאכן, אזוי וועלן זיי אויסוואקסן הייליג און ריין.


איך האב אביסל מאריך געווען אינעם בריוו נאכדעם וואס דו האסט מיר געשריבן: "אויב מען האט חתונה פרי, פארלירט מען די שענסטע יארן"; עס זעט אויס פון דיינע ווערטער אז דו האסט שוין פארגעסן וואס א בחור גייט אריבער אין לעבן, און דאס האט א פנים ווי דער ענטפער וואס עלטערן געבן פאר זייערע קינדער, ווען דער קינד שעמט זיך נישט און בעט אפן: "טאטע, איך וויל חתונה האבן", אדער: "מאמע, איך בעט דיר, זאג נישט אפ קיין שידוכים איך ווער פארברענט", דאן זאגן זיי מיט א שמייכל: "וואו יאגסטו זיך? כאפ אריין די שענסטע יארן פון דיין לעבן", ווייל זיי האבן שוין פארגעסן וואס עס איז אויף זיי אריבער ווען זיי זענען געווען יונג און זענען געווען יעדע רגע אין א סכנה וכו'; אזוי אויך האסטו שוין אויך פארגעסן וואס עס גייט איבער אויף א בחור.


עס איז נישט דא אזא צעבראכענע הארץ ווי א בחור און עס איז נישט דא אזא שברי כלי ווי א בחור וואס וויל זיין ערליך און אפגעהיטן בקדושת הברית אבער ער האלט אין איין אראפפאלן, מען קען אפילו זאגן אז ער האט בכלל נישט קיין בחירה, און ער וויינט צום אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים ווייל ער וויל נישט ווערן אנגערופן מיטן טיטל: "רע" וואס שטייט ביי די פרשה פון ער ואונן (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'"; ער וויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, געוואלד און געשריגן, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית? וואס קען איך טון אז איך זאל נישט טון די עבירה?!" מוהרא"ש זאגט אז אויף זיי איז געזאגט געווארן וואס דוד המלך זאגט (תהלים קב, יח): "פָּנָה אֶל תְּפִלַּת הָעַ'רְ'עָ'ר' וְלֹא בָזָה אֶת תְּפִלָּתָם", דער אייבערשטער קערט זיך צו די תפילה פון די וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון 'רע'.


אז מען רעדט שוין פון בחורים וועל איך דיר נאך שרייבן איין זאך וואס מוהרא"ש פלעגט כסדר זאגן. אז ווען ער וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט ער זיך מוסר נפש זיין פאר אלע בחורים, ער וועט טענה'ן פארן בית דין של מעלה: "וואס זענען בחורים שולדיג אז זיי פאלן אראפ אין עבירות?!"


"מיין זאך איז בחורים" - פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן; "איך בין אראפ געקומען אויף די וועלט אויפצוהייבן בחורים און זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן. איך בין געבוירן געווארן 'כ"א אייר' אין די ספירה פון "חסד שביסוד", וואס דאס איז מיין מדה, איך טו 'חסד' און איך בין מחזק די אלע וואס פאלן נעבעך אראפ אין מידת ה'יסוד'.


בחורים וואס ווילן חתונה האבן און עס גייט זיי נישט קיין שידוך זענען בכלל נישט שולדיג אויף וואס זיי פאלן דורך; מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די בחורים זיי זאלן טענה'ען יעדן טאג צום אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך וויל נישט זינדיגן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; רבונו של עולם! איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות; וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ נאכאמאל און נאכאמאל?!"


דעריבער האט מוהרא"ש צוואה געלאזט (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג"; ווייל ער האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר בחורים און מיידלעך האט ער זוכה געווען ווייטער צו העלפן בחורים און מיידלעך אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - מעג איך הערן די שיעורים אין בית הכסא, ווען איך האב נישט קיין אויסוועג?
לימוד התורה, בחור, חסידות ברסלב, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור און איך בין זיך מחיה מיט די הערליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין זכות פון די שיעורים האב איך זוכה געווען צום ערשטן מאל די פארגאנגענע יאר מעביר סדרה צו זיין יעדע וואך און איך האב שוין געענדיגט איין מאל משניות.


מיין פראבלעם איז אבער אז סיי מיין ישיבה און סיי מיין משפחה האלטן נישט פון ברסלב, איך מוז זיך באהאלטן ווען איך הער די דרשות, איז מיין שאלה אויב איך מעג הערן די דרשות אין א ריינע בית הכסא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט תורה בהתמדה רבה; דו ביסט מעביר סדרה יעדן טאג שנים מקרא ואחד תרגום, אויך האסטו זוכה געווען צו מסיים זיין די ערשטע מאל אין דיין לעבן 'ששה סדרי משנה'. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


נישט דיין ישיבה און נישט דיין משפחה זענען מתנגדים אויף ברסלב; זיי ווייסן פשוט נישט וואס ברסלב איז. ווען זיי וואלטן געוויסט וואס איז ברסלב'ע חסידות, נישט נאר זיי וואלטן נישט גערעדט אויף ברסלב נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער.


ליידער ליידן מיר זייער שטארק פון דעם אנשיקעניש וואס רופט זיך: "נַ נַח"; מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב און דאס מאכט אז מענטשן זאלן נישט לאזן זייערע קינדער קומען צום רבי'ן, און ווען עלטערן דערוויסן זיך אז זייער קינד האט שייכות מיט ברסלב וכו' רודפ'ט מען דאס קינד, מען טיילט אפ משפחות איינער פון צווייטן, מען קומט נישט צו די קינדערס שמחות וכו' וכו', דאס אלעס קומט אלץ רעזולטאט פון דעם וואס מען מיינט אז ברסלב איז א צעווילדעוועטע זאך, א פלאץ פון מופקרים וכו'.


די מחלוקת אויף ברסלב איז נישט קיין נייע זאך; אויפן הייליגן רבי'ן אליינס איז שוין אויך געווען מחלוקת. ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מחלוקת האט דעמאלט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גֶעשְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם, איך קריג אויך אויף דעם מענטש,  - אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז. מען מיינט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער. דאס מאכט אז יעדער קלוגער טאטע און מאמע זאלן נישט מסכים זיין אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון עזות פנימ'ער, וואס באמת האט דאס נישט צוטון מיט ברסלב, ווייל איבעראל זענען דא עזות פנימ'ער.


דו זיי ממשיך מיטן לערנען פלייסיג אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן און נוץ אויס דיינע יונגע יארן, ווייל די תורה וואס מען לערנט אין די יונגע יארן בלייבט אויף א גאנץ לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כ): "הַלּוֹמֵד יֶלֶד לְמַה הוּא דוֹמֶה, לִדְיוֹ כְתוּבָה עַל נְיָר חָדָשׁ". און דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע תקופה אינעם לעבן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.


דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו זאגן אסאך פרקים משניות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן פון גלות בזכות לימוד משניות, סיי די גאולה בכלליות וועט זיין בזכות משניות און אזוי אויך יעדער איינער קען זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע גלות אין זכות וואס ער לערנט משניות.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש; מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", דאס איז ראשי תיבות 'משנ"ה'; אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#52 - ווי אזוי קען איך זיך האלטן ערליך, ווען איך דארף שוין טרעפן מיין שידוך?
בחור, שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן עלטערער בחור, איך ווארט שוין זייער צו טרעפן מיין שידוך, אבער אזוי ווי מיר זענען אן ארעמע משפחה האב איך געמוזט גיין ארבעטן, און יעצט ווייס איך שוין נישט ווען און ווי אזוי איך וועל טרעפן א שידוך, קוים וואס מ'טראגט אמאל אן עפעס, און מ'האט נאך גארנישט גערעדט עפעס ערנסט.


ליידער פאל איך אראפ אין שלעכטע און שמוציגע זאכן, און איך שפיר אז ווי לאנג איך וועל נישט חתונה האבן וועט עס ווייטער אזוי אנגיין. איך האב ב"ה אוועקגעווארפן מיין סמארטפאון מיט עטליכע חדשים צוריק, אבער ס'האט נישט צופיל געהאלפן, ווייל איך טרעף זיך גיין צו קאמפיוטער קיאסקן און ווייטער דורכפאלן. איך שפיר ווי א רוח איז אריין אין מיר און שטופט מיר צו טון שלעכטס, וויפיל איך זאג פאר מיר אליין אז ס'לוינט זיך נישט, מ'טאר דאס נישט טון, דאס וועט מיר נאר ברענגען צרות און פראבלעמען, העלפט עס אבער גארנישט, ס'פארט זיך פון זיך אליין צו שלעכטס.


איך שפיר אז די איינציגסטע עצה פאר מיר איז נאר חתונה צו האבן, איך ווייס אבער נישט ווי שנעל דאס וועט געשען, און וועט ווייסט צו נאכדעם וועל איך שוין יא ווערן גוט, אפשר וועל איך שוין זיין צו שטארק פארקויפט פאר מיין שלעכטס.


איך האף איר וועט מיר קענען העלפן מיט עצות און חיזוק, א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ברודער, הארציגער חבר! איך בעט דיר זייער דערהאלט זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; א שידוך האט נישט צו טון צי מען קומט פון א רייכע משפחה אדער פארקערט, א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן. אז דו וועסט זיך דערהאלטן און ווייטער דינען דעם אייבערשטן וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


מיר שטייען יעצט אין חודש אלול - א צייט פון טרעפן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'. זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך; זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט אים באפוילן צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק אבינו, ער האט אים געזאגט (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז אלול, און אינמיטן שטייט די ווערטער: "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך; ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון דעם רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


אז דו קענסט זיך אריבער כאפן קיין ארץ ישראל צום ציון פון מוהרא"ש אין יבניאל און דארט אויסזאגן גאנץ ספר תהילים לזכות מוהרא"ש וועסטו זוכה זיין בקרוב צו טרעפן דיין שידוך. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות יעדן טאג ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך. דעריבער זאלסטו וואס שנעלער פארן קיין יבניאל און דארט אויסזאגן תהילים לזכות רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותו יגן עלינו, וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#51 - ווי אזוי קען איך האבן געלט, אז מיין טאטע האט גארנישט מיר צו געבן?
לימוד התורה, בחור, כיבוד אב ואם, פרנסה, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, און מיין טאטע האט נישט קיין פרנסה, ער האט אסאך חובות. אסאך מאל דארף איך עפעס קויפן אבער איך האב נישט פון וועמען צו בעטן געלט, ווייל מיין טאטע האט באמת מיר נישט צו געבן, און איך האב זיכער נישט. זאל איך אפשר גיין נאך צדקה? אדער זאל איך גיין ארבעטן?


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב אין ישיבה לערנען תורה. דו וועסט נאך גענוג ארבעטן אין לעבן; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן און דו וועסט דארפן ברענגען פרנסה פאר דיין משפחה, דעמאלט וועסטו יוצא זיין דעם (בראשית ג, יט): "בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם"; דעריבער זאלסטו בלייבן לערנען די הייליגע תורה וועט דער אייבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.


אין שלחן ערוך הלכות צדקה ווערט גע'פסק'ט (יורה דעה, סימן רנ), אז ווער עס האט נישט קיין געלט מעג גיין נאך געלט; דעריבער אז דיין טאטע האט נישט קיין פרנסה, ער זינקט אין חובות און דו האסט נישט פון וועם צו בעטן געלט ווען דו דארפסט קויפן מלבושים וכדומה - מעגסטו גיין נאך געלט; אבער גיי נישט נאך געלט נאר פאר וואס דו דארפסט.


גיי נאך געלט פאר דיינע עלטערן; עס נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי דאס אז א קינד העלפט זיינע עלטערן. ביי אונז אין ישיבה איז דאס איינגעפירט ביי אלע בחורים, זיי גייען נאך געלט יעדע נאכט ביי הייזער און ביי חתונות; אביסל ברענגען זיי פאר די ישיבה און די איבעריגע געלט געבן זיי פאר די עלטערן, זיי צאלן אויס די באלאנס אין גראסערי, און ביי די פיש און פלייש געשעפט; זיי דערשמעקן אין שטוב וואו מען דארף געלט און פארוואס מען דארף געלט און שטעלן דאס צוזאם שטילערהייט.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי העלפן די עלטערן זיי זאלן קענען לעבן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן און איך בעט פון ענק נאר איין זאך "איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; דעריבער זאלסטו בלייבן אין ישיבה לערנען פלייסיג. מיט דעם וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן און ביינאכט זאלסטו העלפן דיינע עלטערן וויפיל דו קענסט.


אז דו גייסט צוזאמשטעלן געלט פאר דיינע עלטערן זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין בדרך כבוד, ווייל עס איז גארנישט ווערד אז א קינד האלט אויס זיינע עלטערן און ער רעדט צו זיי מיט חוצפה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה פרק א, הלכה א): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", עס איז דא אמאל א קינד וואס האלט אויס זיין טאטע, ער ברענגט אים צו עסן געשטאפטע גענז, מיט דעם אלעם וועט ער גיין אין גיהנום, "וְיֵשׁ שֶּׁהוּא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", ווידעראום איז דא אמאל א קינד וואס מאכט זיין טאטע טון שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער האבן גן עדן; ווי אזוי קען זיין א מענטש וואס געבט זיין טאטע צו עסן די בעסטע עסן זאל גיין אין גיהנום? ברענגט די גמרא אראפ א מעשה, עס איז געווען א מעשה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה מַאֲכִיל לְאָבִיו תַּרְנְגּוֹלִים פְּטוּמִים, עס איז געווען איינער וואס האט אויס געהאלטן זיין טאטע, דער טאטע איז שוין געווען אלט, ער האט נישט געקענט ארבעטן און דער זון פלעגט אים ברענגען יעדן טאג געשטאפטע גענז, "פַּעַם אַחַת אָמַר לוֹ אָבִיו: בְּנִי, הַלָּלוּ מִנַּיִן לְךָ?" איין טאג פרעגט אים זיין טאטע: פון וואו האסטו אזעלכע געשמאקע גענז? "אָמַר לוֹ: זָקֵן, זָקֵן, אֱכֹל וּשְׁתוֹק, שֶׁהַכְּלָבִים אוֹכְלִים וְשׁוֹתְקִים", האט ער זיך אנגערופן צום טאטן מיט געשפעט: אלטע טאטע וואס רעדסטו אזוי פיל, שווייג און עס, אפילו הינט ווען זיי עסן בילן זיי נישט, פרעג נישט קיין קשיות, עס און שוין, "נִמְצָא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", קומט אויס אז אין הכי נמי, ער געבט טאקע צו עסן דעם טאטן, אבער ער וועט גיין ביים סוף אין גיהנום, ווייל ער רעדט מיט חוצפה.


נאכדעם איז דא איינער וואס נעמט דעם טאטן צו ארבעטן שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער גיין אין גן עדן, ווי אזוי איז דאס שייך? דערציילט די גמרא: "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה טוֹחֵן בָּרֵחַיִים", עס איז געווען איינער וואס האט געארבעט שווער ביי א מיל, "שָׁלַח הַמֶּלֶךְ לְהָבִיא טוֹחַנִים לַעֲבוֹדָתוֹ", איין טאג האט דעם איד'ס טאטע באקומען א באפעל פונעם קעניג ער זאל קומען ארבעטן ביי אים אין פאלאץ, "אָמַר לוֹ לְאָבִיו, אַבָּא, הִכָּנֵס וּטְחֹן תַּחְתַּי וַאֲנִי אֵלֵךְ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ", האט דער זון געזאגט: טאטע, נעם איבער מיין ארבעט ביים מיל און איך וועל גיין אנשטאט דיר ארבעטן ביים קעניג, "אִם יַגִּיעַ לִידֵי בִּזָּיוֹן, אֶתְבַּזֶה אֲנִי וְלֹא אַתָּה", אז דו זאלסט נישט ווערן פארשעמט ביים קעניג, (אדער ווי רש"י זאגט (בבלי קידושין לא:): וַאֲנִי אֵלֵךְ תַּחְתֶּיךָ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ שֶּׁאֵין לָהּ קִצְבָה), "נִמְצָא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", קומט אויס אז דער האט געמאכט זיין טאטע ארבעטן שווער און ער באקומט שכר אויף דעם; זעט מען פון דעם אז עס איז נישט גענוג צו העלפן א טאטע בלויז מיט געלט, ווייל אויב מען רעדט מיט עזות וועט מען באקומען א גרויסער עונש.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און האבן פרנסה בשפע אז דו זאלסט שטענדיג קענען העלפן דיינע עלטערן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#50 - ווי אזוי געב איך אינפארמאציע ווען מ'פרעגט זיך נאך אויף א בחור?
בחור, שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע דרשות און חיזוק. איך בין א בחור וואס לערנט אין ארץ ישראל, איך האב א חבר וואס מאכט א רושם ווי א פיינער בחור, ער גייט אנגעטון חסידיש און ער גייט ארום מיט אן ערנסטקייט געווענליך. אבער די בחורים פון זיין דירה ווייסן צו זאגן אז ס'איז נישט אזוי פשוט מיט אים, מ'זעט אים זיך דרייען אסאך מיט אלע סארט חברים, ער קומט אהיים צו די דירה שפעט ביינאכט אנגעטון מיט א סוועדער מיט העד-פאונס, ער באהאלט זיך מיט א נישט כשר'ע טעלעפאן, און אזוי ווייטער.


יעצט רופט מיר אן איינער צו פרעגן אינפארמאציע אויף אים, יענער זאגט אז ער דארף נישט דוקא א לערנער, נאר ער וויל וויסן צי דער בחור האט יראת שמים. וואס דארף איך טון אין אזא צייט? דער בחור קומט פון א פיינע שטוב, זיין טאטע איז א תלמיד חכם, זאל איך זאגן דעם אמת? אדער זאל איך אריין נארן אן אומשולדיגער מענטש?


מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומט צו שידוכים און מען וויל זען אויף א בחור צי ער האט יראת שמים, דארף מען קוקן ווי אזוי דער בחור דאווענט. אז דער בחור דאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין, ער דאווענט אין א סידור, ער שטייט אויף איין פלאץ פון אנהייב דאווענען ביזן סוף דאווענען, ער דרייט זיך נישט ארום און זיכער אז ער שמועסט נישט ביים דאווענען - דאס ווייזט אז דער בחור האט יראת שמים, אבער אויב דאווענט ער פון אויסענווייניג, ער דרייט זיך אהער און אהין, איז א סימן אז ער האט נישט קיין יראת שמים.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר אנשי שלומינו ווען זיי האבן געהאלטן ביי א שידוך טון מיט א טאכטער, און זיי האבן געוואלט וויסן אויף א בחור צי ער איז אן ערליכער בחור צי נישט, אז זיי זאלן גיין קוקן ווי אזוי דער בחור דאווענט; אויב דריידט ער זיך אהער און אהין איז דאס א סימן אז ער איז אינו מן הישוב.


אמאל האט ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה געזען ווי איינער דריידט זיך אהער און אהין, א גאנצן דאווענען גייט ער אפ און אויף וכו' האט ער אים געזאגט: "דו דרייסט זיך אהער און דרייסט זיך אהין ביז דו וועסט ווערן אינגאנצן צעדרייט, זעץ דיך אוועק און דאווען אויף איין פלאץ".


מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום משגיח פון א חשוב'ע ישיבה ער זאל אים אנצייגן א בחור א ירא שמים פאר זיין טאכטער, דער משגיח האט אים געוויזן אויף א בחור א גרויסער למדן אז ער איז זייער פאסיג פאר אים, נאכן שידוך איז דער טאטע געקומען צום חזון איש זכותו יגן עלינו פרעגן וואס זאל ער טון, ווייל די כלה האט אים פארציילט אז איין טאג איז זי געגאנגען מיטן חתן איינקויפן פאר די חתונה, און ווען זי האט אים געפרעגט צי ער האט שוין געדאווענט מנחה, צי ער וויל יעצט דאווענען האט דער חתן געזאגט עס איז נאך דא אסאך צייט, אזוי איז געווען אפאר מאל, ער האט געזאגט "עס איז נאך דא אסאך צייט", ווען עס איז שוין געווארן זייער שפעט האט זי אים נאכאמאל געפרעגט: "וואס וועט זיין מיט מנחה?" האט ער געזאגט: "איך האב שוין געדאווענט", זי האט געוואוסט אז דאס איז א ליגנט, ווייל זי איז געווען מיט אים א גאנצן טאג און ער האט איר א גאנצן צייט געזאגט שפעטער שפעטער און יעצט זאגט ער גאר אז ער האט שוין געדאווענט... יעצט פרעגט דער איד דעם חזון איש וואס ער זאל טון, האט דער חזון איש געהייסן אפלאזן דעם שידוך, ווייל א בחור וואס זאגט ליגנט און איז מזלזל אין תפילה איז א סימן אז ער האט נישט קיין יראת שמים און ער וועט איר נאך מכשיל זיין מיט הארבע עבירות פון כריתות רחמנא לצלן.


אויך דארף מען קוקן אויף די מידות; מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען (פרשת הקטורת; כריתות ו:): "אִם כְּמִדָּתָהּ - כְּשֵׁרָה לַחֲצָאִין", אִם כְּמִדָּתָהּ - איינער וואס האט גוטע מידות, איז שוין א סימן: כְּשֵׁרָה - אז ער איז אן ערליכער איד; ווייל מידות איז א זאך וואס מען קען זיך נישט טוישן אויף דער עלטער. אז מען האט גוטע מידות דאס וועט מאכן אז דער מענטש זאל ווערן בעסער און בעסער.


קוק וואס דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (נועם אלימלך, וישב): "יֵשׁ בְּנֵי אָדָם שֶׁמַּעֲשֵׂיהֶם מְקֻלְקָלִים, רַק מַחֲמַת שְׁיֵשׁ בָּהֶם אֵיזֶה מִדָּה טוֹבָה מִצַד הַטֶּבַע, דְּהַיְנוּ שֶׁהוּא לֵב טוֹב, גוֹמֵל חֶסֶד, וְעוֹשֶׂה טוֹבוֹת עִם בְּנֵי אָדָם, זֶה מוֹעִיל לָהֶם שֶׁחוֹזְרִים לְמוּטָב", עס זענען דא מענטשן וואס זייערע מעשים זענען נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, זיי טוען נישט גוטע זאכן, אבער זיי האבן גוטס אין זיך; א גוט הארץ, זיי טוען חסד פאר א צווייטן איד, דאס העלפט זיי צוריק צו קומען צום אייבערשטן און תשובה טון. ער טייטשט מיט דעם דער פסוק (תהלים כג, ו): "אַךְ טוֹב וָחֶסֶד יִרְדְּפוּנִי כָּל יְמֵי חַיָּי", 'אַךְ' איז א מיעוט, אז מען האט אין זיך 'אַךְ טוֹב' - אביסל גוטס, דאס וועט העלפן אז 'יִרְדְּפוּנִי כָּל יְמֵי חַיָּי, וְשַׁבְתִּי בְּבֵית ה' לְאֹרֶךְ יָמִים'.


איך האף אז דו וועסט זיין א מבין דבר מתוך דבר ווי אזוי זיך צו פירן ווען מען פרעגט זיך נאך ביי דיר אויף א בחור פאר א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן בקרוב דיין זיווג און זיין א גוטע שליח צו העלפן אלע דיינע חברים זיי זאלן טרעפן זייער שידוך.


 

#49 - דער רבי איז מחזק יעדן איינעם. זיך דערהאלטן ווען דער מאן איז אוועקגעפאלן
תפילה והתבודדות, קדושה, בחור, חיזוק פאר פרויען, חברים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס האלטן אונז ממש ביים לעבן, ובפרט אויף דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מ'קען תשובה טון אויף פגם הברית.


איך האב אייך געשיקט דעם בריוו איבער מיין חבר וואס זיין טאטע איז אוועקגעפאלן פון אידישקייט, א גרויסן יישר כח פאר אייער הערליכער ענטפער וואס איז געווען ממש כמים קרים על נפש עיפה, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין חבר, איך האב אים איבערגעגעבן דעם בריוו (ער האט נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט, און איך שיק דעם בריוו אויך נאר מיט רשות פון מיין טאטע אין זיין אפיס), און ער האט ממש געהאט טרערן אין די אויגן ווען ער האט זיך באדאנקט פאר די הארציגע תפלה, און פאר די עצה אז מ'קען מאכן פון דעם אליין א תפלה, אז מ'קען נישט רעדן צום אייבערשטן.


ער האט געוויזן דעם בריוו אויך פאר זיין מאמע, זי האט זיך אויך זייער מחזק געווען, און זי האט געבעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען שרייבן א תפלה אויך פאר איר.


יישר כח, מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף דער וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): אויף דעם וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז אויב מען זינדיגט אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה; האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר - נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט מיט די עבירה".


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; א מענטש זאל דערציילן פארן אייבערשטן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט, פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה. ווען א מענטש פירט זיך אזוי, נעמט דאס אראפ פון אים אלע עונשים און דינים.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דו שרייבסט אז דער רבי האלט דיר ממש ביים לעבן. דער אמת איז אז דער רבי האלט אונז אלע ביים לעבן; דער רבי געבט אונז אלע לעבן, ער פרישט אונז אויף מיר זאלן נישט אויפגעבן, נאר מיר זאלן אנהייבן פון דאסניי צו דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן נישט נאכגיין די אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אין אונז אריין, כאילו מיר זענען פארפאלן. דער רבי שלאגט זיך מיטן יצר הרע, דער רבי שרייט אויס (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל!" "קיינער איז נישט פארפאלן", "קיינער איז נישט פארלוירן"; עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


בנוגע דיין חבר וכו'; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואספארא גרויסע מצוה דו האסט מיט דעם וואס דו ביסט מחזק דיין חבר ... נרו יאיר. קיינער קען נישט משיג זיין די שרעקליכע צער און יסורים וואס א קינד גייט אריבער ווען עלטערן קריגן זיך, בפרט אין פאל וואס דער טאטע האט זיך נעבעך געטראפן חברים וואס שלעפן אים אוועק פונעם אייבערשטן, ער איז צעריסן און צעפליקט אינערליך השם ירחם, וואס די קינדער ליידן נעבעך צוזאם פון דעם. דעריבער האסטו זייער א גרויסע מצוה אז דו רעדסט מיט אים און איר זענט זיך אינאיינעם מחזק מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דו האסט מיר געבעטן איך זאל שרייבן א בריוו פאר זיין מאמע, האב איך דא בייגעלייגט א בריוו.


 


לכבוד מרת ... תחי'


וואויל איז אייך אז איר ציט אויף אייערע קינדער צו גיין אין די וועגן פון די תורה און איר לייגט אריין אין זיי צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" אויף וואס באקומען די פרויען שכר? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא וְכוּ'", מיט דעם וואס זיי שיקן די קינדער אין תלמוד תורה און ווארטן זיי אפ ווען זיי קומען אהיים; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א מאמע וואס העלפט אירע קינדער גיין אין חדר און אין ישיבה, דורכדעם וועט זי זוכה זיין צו עולם הבא.


עס טוט זייער וויי צו הערן אז איר גייט אריבער שווערע צייטן מיט אייער מאן וכו' וואס ער האט קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן; די גאנצע ארבעט פון חינוך הבנים והבנות פאלט אויף אייך, איר דארפט זיין סיי די טאטע און סיי די מאמע. אבער וויסן זאלט איר, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פארן מאן; א פרוי האט זייער שטארקע כוחות צו פירן א שטוב.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם, עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס האט חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, נאכדעם וואס עס זענען אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, האבן זיי זיך גע'גט, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, פירט אויס דער מדרש: "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אינעם פרוי.


אז איר וועט זיין שטארק אין די אמונה, און פון דער אנדערע זייט וועט איר אנהייבן געבן פאר אייער מאן אסאך ווארימקייט - וועט איר אים צוריק ברענגען צו די אמונה און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; די אלע וואס גייען אוועק פונעם אידישן וועג, זיי פאררופן זיך "נישט גלויביג" (Atheist) די זענען בדרך כלל נישט קיין אפיקורסים, די זענען זייער צובראכענע נשמות וואס עס פעלט זיי "תשומת לב", זיי האבן נישט באקומען קיין ליבשאפט וכו', אבער אז מען געבט זיי אביסעלע ווארימקייט און ליבשאפט ווערן זיי אלע ערליכע אידן. דעריבער אז איר וועט האבן אסאך סבלנות, איר וועט נישט צעברעכן אייער שטוב, איר וועט זיין שטארק מיט אייער אמונה אינעם אייבערשטן, און איר וועט זיך פירן מיט אייער מאן מיט שיינעם, דורכדעם וועט איר אים צוריק ברענגען צו די אמונה.


אין יעדע צרה שיקט דער אייבערשטער א ליכטיגקייט; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט וואוילע קינדער, בפרט אייער בחור וואס לערנט פלייסיג און פירט זיך מיט יראת שמים און ער איז זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; דאס איז דאך מער פון אלסדינג. וואס נאך דארף א אידישע מאמע ווען זי זעט ווי אירע קינדער לערנען און דאווענען, דאס איז דאך די שטרעבן פון יעדע מאמע, און פארקערט, אז מען האט נישט קיין נחת פון די קינדער האט מען דאך גארנישט השם ירחם, דערפאר דארפט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז איר האט קינדער ערליכע אידן.


אודאי ווייסט איר אז דער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; ווען מען האט פארציילט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען בטל מאכן די ווייבער שול", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, און עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פארקערט; משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען".


דערפאר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אייער שפראך, אז איר זאלט זוכה זיין צו מחנך זיין אייערע קינדער אויפן אידישן וועג, און אז אייער מאן זאל זיך אפלאזן פון זיינע געפאלענע חברים, וועט איר זען די ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אייך.


איך שרייב אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג און אזוי אויך זאלט איר דאס זאגן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט, וואס דעמאלט איז אן עת רצון אנצונעמען אלע תפילות:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר און איך לויב דיר אויף אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, בפרט אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיר געגעבן אזעלכע טייערע קינדער וואס לערנען און דאווענען; וויפיל איך זאל דיר דאנקען קען איך דיר נישט אנהייבן דאנקען אויף די זכיה צו זיין א מאמע פון קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, דאס איז דאך מיין גאנצע שטרעבן אין לעבן, צו זען ווי מיינע קינדער פירן זיך אויפן אידישן וועג.


הייליגער באשעפער! איך בעט דיר זייער, העלף מיר אז מיין מאן זאל זיך צוריק קערן צו דיר; מיר האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער, אלעס איז געווען וואויל און פיין, אבער יעצט פירט ער זיך נישט ווי א איד דארף זיך פירן, ער טוט נישט קיין מצוות, ער טוט נישט גוטע זאכן. הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין שטארק, איך זאל האבן כח צו מחנך זיין ווייטער די קינדער אויפן דרך התורה; העלף עס זאל אריין גיין א רוח טהרה אין מיין מאן, העלף ער זאל זיך אפלאזן פון די געפאלענע חברים וואס צוען אים אוועק פון דיר. העלף מיר בזכות די אבות הקדושים אברהם יצחק און יעקב, העלף מיר בזכות די אמהות הקדושות שרה רבקה רחל און לאה, און בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, ובזכות אלע צדיקים און צדקניות וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, אמן".