שאלה אין קורצן ענין
#16 - מיר זענען א קבוצה עלטערע בחורים, אפשר קענען מיר האבן אביסל חיזוק?
התחזקות, מוהרא"ש, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען א קבוצה פון 15 עלטערע בחורים אין א ישיבה אין ארץ ישראל, מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, מיר פרובירן צו פאלגן און צו גיין די הייליגע וועגן פון רבי'ן, צו לערנען און צו דאווענען און צו לעבן מיט'ן אייבערשטן.


מיר וואלטן זייער געוואלט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז שרייבן א בריוו פון חיזוק, אונז צו שטארקן ווייטער אנצוגיין צו דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז.


מיר ווייסן אז דער ראש ישיבה שליט"א איז זייער פארנומען, ס'וואלט אונז אבער געווען א גרויסע זכיה אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אראפנעמען פון די טייערע צייט און צוריק שרייבן אפאר ווערטער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע בחורים תלמידי ישיבת ... נרם יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז ענק אז איר זענט זיך מחי' מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; מען קען זיך גארנישט פארשטעלן צו וואס מען קען זוכה זיין אז מען פאלגט דער הייליגן רבי'ן.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל, יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס, וועט זיכער ווערן א גרויסע צדיק, זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


זייט ממשיך צו לערנען ווייטער אייערע שיעורים - יעדער איינער לפי מדריגתו; געוואוינט אייך צו צו מעביר סדרה זיין פון אנהייב וואך, יעדן טאג אביסל שנים מקרא ואחד תרגום. דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין; און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


אויך זאלט איר לערנען - יעדער פון אייך – משניות; אפילו איר פארשטייט נישט וואס איר לערנט זאלט איר זאגן די ווערטער פון משניות. בדרך כלל ווער עס פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית האט שוין נישט קיין מח צו לערנען בעיון, דער מח ווערט אויסגעריסן פון אזויפיל זינדיגן רחמנא לצלן, דעריבער זאלט איר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, בפרט פרקים משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן און ער ווערט ריין.


משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; דורכדעם וואס מען זאגט משניות, נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


איר ווייסט דאך אז מוהרא"ש האט מבטיח געווען (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג"; דערפאר זאלט איר וואס שנעלער פארן קיין יבניאל און דארט אויסזאגן תהילים לזכות רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותו יגן עלינו וועט איר אלע טרעפן בקרוב אייער שידוך.


איך ווארט איר זאלט מיר מודיע זיין איטליכער פון אייך אז איר האט געטראפן אייער שידוך.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#15 - מיינע עלטערן לאזן מיר נישט האבן קיין אינטערנעט, וואס טו איך?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, בחור, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 17 יאר, מיינע עלטערן פלעגן האבן אין שטוב אפענע אינטערנעט, און דאס האט מיר געברענגט צו זען און קוקן דארט דאס ערגסטע. צוביסלעך זענען זיי קלוגער געווארן און האבן אפגעשפארט די אינטערנעט, אבער זיי האבן מיר געלאזט האבן א טעבלעט וואס האט געהאט א שטיקל פילטער, יעצט האט א געוויסער מחנך זיי אויפגעקלערט אז דאס איז אויך נישט גוט, און זיי האבן מיר אלעס אוועקגענומען.


איך שפיר אז איך קען נישט זיין אינגאנצן אפגעהאקט פון די וועלט, איך בעט זיך ביי זיי אז איך וויל ווייטער האבן א טעבלעט מיט א גוטע פילטער, דא אין ארץ ישראל רופט מען עס "אינטרנט רימון", מ'קען מיט דעם זען נאר אימעילס, היימישע סייטס, און כשר'ע געפילטערע יוטוב, מיינע עלטערן ווילן מיר אבער דאס נישט נאכגעבן.


יעצט, מיינע עלטערן פארלאזן זיך אויף אייך, און דעריבער ווענד איך זיך צו אייך, אפשר שרייבט איר פאר מיר און פאר מיינע עלטערן וואס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען אין דעם מצב.


א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע שיעורים וואס איז ממש מיין לעבן.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ישראל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט מיר איך זאל שרייבן פאר דיינע עלטערן א בריוו אז זיי זאלן דיר לאזן האבן אינטערנעט; וואס זאך איך דיר זאגן, ווען דו זאלסט הערן וויפיל פראבלעמען דער אינטערנעט איז גורם וואלסטו נישט געבעטן מען זאל דיר עס לאזן האבן. אינטערנעט איז א גרויסע צרה פאר אונזער דור, דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער; הונדערטער שטובער זענען שוין צעטיילט געווארן צוליב דעם.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג. ער רעדט צו א בחור צו קויפן א סמארט-פאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, און ער דארף שוין מער נישט ארבעטן אים צוצורעדן צו עבירות, דער בחור דארף שוין נישט גיין אין ערגעץ, ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט אלע שמוץ וואס איז פארהאן אויף די וועלט רחמנא לצלן.


נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, דו וועסט אם ירצה ה' חתונה האבן און אויפשטעלן א שטוב, אלס א טאטע וועסטו דארפן זיין א דוגמא פאר דיינע קינדער, ווי אזוי וועסטו קענען אריין לייגן אין דיינע קינדער יראת שמים אז דו אליינס זיצט טאג און נאכט אויפן אינטערנעט?! איך בעט דיר זייער ווארף אוועק דיין סמארט-פאון, דאס איז נישט קיין גוטע זאך און עס וועט דיר נישט ברענגען קיין גוטס.


אז מען קוקט שמוציגע זאכן ווערט מען אויסגעריסן אויך פון דער וועלט; דער יצר הרע רוט נישט ווי לאנג ער רייסט אויס דעם מענטש סיי פון דער וועלט און סיי פון יענע וועלט.


ר' אברהם בן ר' נחמן האט געזאגט: "דער ס"מ וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף דער וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; דאס פאסירט אז מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן, מען פארלירט דעם מח, און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צו וואס דארפסטו דעם צרה?!"


דאס וואס דו שפירסט אז דו ביסט אפגעהאקט פון די וועלט; וויסן זאלסטו אז עס איז נישט אזוי, אמת, יעצט איז דיר שווער צו זיין אן דעם ווייל דו דארפסט זיך צוגעוואוינען צו לעבן אין ווירקלעכקייט, די אלע כלים נעמען דאך אוועק דעם מח פונעם מענטש פון לעבן מיטן מציאות וכו', אבער באמת איז מען בכלל נישט אפגעהאקט פון דער וועלט; דער וואס האט נישט קיין אינטערנעט איז נישט אפגעהאקט פון דער וועלט, טויזנטער ערליכע אידן יראים ושלמים לעבן זייער א שיינע לעבן און ציען אויף ערליכע דורות אן דעם וואס זיי האבן א וועג צום אינטערנעט.


אין דעם זכות וואס דו וועסט זיין אפגעהיטן און מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכע מיידל און איר וועט צוזאמען אויפשטעלן א שיינע שטוב און זען נחת פון ענקערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#14 - איך בין זייער דעפרעסט, און איך שטיי אויף שפעט, האט איר אן עצה?
שמחה, עצבות, שלאפן, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, און איך מוטשע זיך זייער מיט'ן אויפשטיין צופרי אין צייט, און דאס שטערט מיר זייער שטארק אין לעבן, אויך לייד איך שטארק אויף דעפרעסיע, און ס'קען זיין אז די צוויי פראבלעמען זענען פארבינדען איינס מיט'ן אנדערן.


איך האב שוין געמאכט אסאך תפלות אויף דעם, און איך וועל ווייטער מאכן, איך האב אבער אסאך פחדים פון דעם, איך האב מורא אז דאס וועט מיר שאטן נאך די חתונה, און איך וועל זיך מוזן גט'ן צוליב דעם חס ושלום.


איך ווייס דער ראש ישיבה האלט נישט פון טערעפי, דעריבער וויל איך וויסן אויב דער ראש ישיבה האט פאר מיר אן אנדערע עצה.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיר און זיי פרייליך; דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר און וועט נאך טון מיט דיר.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל, אפילו ער איז געווען א עני ואביון, אז עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט אז עס וועט נאך זיין גוט אמאל? נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט טאקע האבן מיר גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט".


עס איז פארהאן זייער א גוטע עצה פאר אלע וואס קענען נישט אויפשטיין צייטליך; מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט דאס כסדר אין 'אשר בנחל' פאר בחורים און אינגעלייט וואס קענען נישט אויפשטיין צייטליך און זיי שלאפן אריין ביז טיף אין טאג אריין; די עצה איז "גיין שלאפן צייטליך". די עצה קאסט נישט גיין געלט און עס איז בדוק ומנוסה - אז מען לייגט זיך שלאפן צייטליך שטייט מען אויף צייטליך, ווידעראום אז מען איז אויף ביז שפעט אויף דער נאכט שטייט מען אויף שפעט.


געווענליך האבן בחורים זייער ליב אויף צו זיין שפעט אויף דער נאכט; מען פארברענגט די צייט, מען זיצט און מען פלוישט שעות אויף שעות דברים של מה בכך. נאכדעם גייט מען שלאפן מידערהייט אן קיין ליינען קריאת שמע און אן קיין נעגל וואסער, מען פאלט אריין אין בעט אן יראת שמים. דאס איז אלעס מעשה שטן, ער ארבעט זייער שטארק אז מען זאל האבן א פארדרייטע סדר - שלאפן בייטאג און אויף זיין ביינאכט אזוי האט ער שוין נאכדעם צוגרינד געלייגט דעם גאנצן טאג. א וואוילער בחור מאכט זיך א סדר, ער גייט שלאפן פרי און ער ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן.


נאך אן עצה איז דא פאר דיפרעשן: "לימוד התורה"; ווען מען לערנט תורה ווערט מען פרייליך. דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע זיסע וועג ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די הייליגע ווערטער פון די תורה. פאלג דעם רבי'ן און הייב אן לערנען משניות; זאג א פרק נאך א פרק. אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל ווען א מענטש איז דיפרעסט האט ער נישט דעם כח פון זיך קאנצעטרירן און פארשטיין וכו', ווער רעדט נאך ווען א מענטש איז פוגם בברית, ער איז אריין געפאלן אינעם נעץ פונעם יצר הרע און איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, דער מענטש פארלירט אינגאנצן זיין מח. מיט דעם אלעם זאלסטו זאגן די ווערטער פון די תורה ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט ארויס גיין פון די הענט פון יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - כ'בין א בחור וואס מוטשעט זיך מיט שווערע נסיונות, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?
שבת קודש, קדושה, נסיונות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א ישיבה בחור, און איך מוטשע זיך זייער מיט מיין אידישקייט. איך פלעג ממש מחלל שבת זיין יעדע וואך רחמנא ליצלן, איך האב פיל געזינדיגט אין פגם הברית, געקוקט א גאנצן טאג שמוץ, און אפילו אום שבת רחמנא ליצלן.


מיט א יאר צוריק בין איך אנגעקומען צו אייערע שיעורים, און דאס האט מיר געטוישט דאס לעבן, איך בין געווארן א נייער מענטש, איך בין שוין געווען אין אומאן ביים רבי'ן צו נעמען א תיקון, און איך האב זיך אנגעהויבן פירן ווי עס דארף צו זיין, פאר די לעצטע יאר צייט.


לעצטנס האב איך אבער אנגעהויבן צוריק צו פאלן, איך האב אנגעהויבן ווייטער דורכצופאלן און קוקן שמוץ, און דאס ברענגט מיר צו פגם הברית. קיינער אין די וועלט ווייסט נישט פון דעם, נאר איך און דער אייבערשטער, איך בין אזוי צעבראכן פון דעם, איך וויין צום אייבערשטן יעדן טאג, יעדעס מאל וואס איך פאל דורך ווער איך זייער צעבראכן פון דעם, איך פיל זיך זייער זייער שלעכט, אבער יעדן טאג געווינט מיר דער יצר הרע נאכאמאל, איך קען זיך ממש נישט שטארקן איבער אים. אויך אין שמירת שבת בין איך אביסל צוריק געפאלן, און איך פיל אז איך האלט עס מער נישט אויס, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה ווי אזוי ארויסצוקריכן פון מיין בלאטע.


איך לערן אין א ישיבה וואס דער ראש ישיבה דארט רעדט נאר אז מ'זאל גיין מיט א הוט און רעקל, ער רעדט קעגן פליפ-פאונס און סענסעס, ער כאפט נישט אז ער דארף פשוט רעדן פון שמירת שבת און פגם הברית.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן אין מיין שווערע מצב.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "וְאֲפִלּוּ כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אפילו מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויס צו גיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (ר' נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויס קריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".


דערפאר, אז דו ביסט נעבעך אריין געפאלן אין א געדעכטע בלאטע, דו זינדיגסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; נאכדעם איז עבירה גוררת עבירה - איין עבירה שלעפט דאס צווייטע, דאס שלעפט דיר נעבעך צו נאך עבירות, האסטו נאר איין עצה: "פאלג דעם רבי'ן", שריי צום אייבערשטן : "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת"; אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ביז דו וועסט ארויס קריכן פון דיינע עבירות.


דורך די הייליגע תורה קען מען ארויס קריכן פון אלע עבירות; דער הייליגער ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות חכירות וקבלנות, הלכה ב, אות יב): "וַאֲפִלּוּ מִי שֶׁנָּפַל לְמָקוֹם שֶׁנָּפַל, וְהוּא רָחוֹק מְאֹד מֵהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ עַל־יְדֵי מַעֲשָׂיו הָרָעִים, אַף־עַל־פִּי־כֵן יָכוֹל לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ "בְּקַל עַל־יְדֵי לִמּוּד הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", כִּי הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה יוֹרֶדֶת אֲפִלּוּ לְמִי שֶׁהוּא בְּעִמְקֵי הַקְּלִפּוֹת, בַּשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת, חַס וְשָׁלוֹם. וּמְעוֹרֶרֶת אוֹתוֹ וּמְקָרֶבֶת אוֹתוֹ לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ", אפילו ווער עס איז אראפ געפאלן אין שאול תחתית חס ושלום און האט זיך דערווייטערט פונעם אייבערשטן דורך זיינע שלעכטע מעשים, קען ער דורך די תורה גרינג צוריק קומען צום אייבערשטן, ווייל די תורה וועקט אויף דעם מענטש ער זאל צוריק קומען צו די קדושה, "וְהַכְּלָל, שֶׁהַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה הִיא יוֹרֶדֶת אֲפִלּוּ בְּעִמְקֵי תְּהוֹם לְעוֹרֵר אֲפִלּוּ אֶת הַפָּחוּת שֶׁבַּפְּחוּתִים, לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ. וְעַל־יְדֵי עֵסֶק הַתּוֹרָה - יְכוֹלִין לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ אֲפִלּוּ מִשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): 'אֵין דִּבְרֵי תּוֹרָה מְקַבְּלִין טֻמְאָה', וְעַל־כֵּן אֲפִלּוּ הַזָּבִין וְהַמְצֹרָעִים וְכוּ' עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה וְכוּ' – דאס קומט מרמז זיין אז אפילו די מענטשן וואס זענען נעבעך "בְּסִטְרָא דִּמְסָאֲבוּתָא", דארפן אויך לערנען תורה, "כִּי הַתּוֹרָה תְּקָרֵב גַּם אוֹתָם לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ", ווייל די תורה וועט זיי אויך מקרב זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי די תורה זאגט (דברים לא, יז־כא): "וְהִסְתַּרְתִּי פָנַי וְכוּ' וְעָנְתָה הַשִּׁירָה הַזֹּאת לְפָנָיו וְכוּ', כִּי לֹא תִשָּׁכַח מִפִּי זַרְעוֹ", אפילו ווען אידן זינדיגן חס ושלום און דורך זייערע עבירות ווערן זיי דערווייטערט פונעם אייבערשטן, עס ווערט אן הסתרת פנים חס ושלום, דאך וועלן זיי זיך צוריק קערן צום אייבערשטן דורך די הייליגע תורה, אזוי ווי עס שטייט "וְעָנְתָה הַשִּׁירָה הַזֹּאת וְכוּ' כִּי לֹא תִּשָּׁכַח" וְכוּ'. עיין שם.


אין אנהייב וועסטו נישט האבן קיין געדולד צו זיצן אויף איין פלאץ מיט א משניות אדער גמרא וכו', ווייל ווען מען זינדיגט אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן ווערט דער מענטש פול מיט נערוון, מען האט נישט קיין געדולד צו זיצן אויף איין פלאץ, אויך וועט דיר זיין שווער צו קאנצעטרירן דיין מח צו פארשטיין וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה. זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד, רַק הָאֲמִירָה לְבַד; לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין; אזוי וועסטו זוכה זיין זיך אפצולאזן פון דיינע שלעכטע מעשים.


נעם אן די צוויי עצות פון רבי'ן; שריי צום אייבערשטן און לערן משניות וכו' וועסטו ארויס קריכן פון דיינע שלעכטע מעשים.

#12 - איך זיץ אין א ישיבה אין ארץ ישראל, און איך גיי אויס פאר ליידיג גיין, וואס טו איך?
לימוד התורה, בחור, ישיבה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע דרשות, חיזוק, און ניגונים, וואס זענען מיר זייער מחיה.


איך בין א בחור פון אמעריקע וואס לערנט, דאס מיינט איך זיץ, אין ארץ ישראל. און איך ווער ממש משוגע פאר ליידיג גיין. אין די ישיבה ווי איך בין דא איז נישט דא קיין שום השגחה און קיין שום מסגרת, און וואס ס'פאסירט איז אז אפילו א גוטער טאג ווען איך בין מצליח צו לערנען אביסל, בלייבט מיר אבער איבער רוב טאג וואס גייט אוועק מיט נארישקייטן, און איך ווער משוגע דערפון.


איך קום פון א באלעבאטישער שטוב, מ'שרייט אויף מיר אז איך בין נאריש אז איך פאר נישט ארום איבעראל צו האקן א לעבן, וואס זאל איך אבער טון אז עס אינטערעסירט מיר נישט די אלע זאכן.


איך וואלט געהאט חשק צו גיין ארבעטן אין א נארמאלע דזשאב, און לערנען צופרי און ביינאכט. איך שפיר אז דעמאלט וואלט איך געהעריג אויסגענוצט דעם טאג און מצליח געווען אין לעבן. למעשה אבער איז דאס נישט מעגליך ווייל די סיסטעם איז נישט אויסגעשעלט אזוי, און ס'קומט אויס אז איך מוז בלייבן זיצן אין ישיבה און משוגע ווערן מיט'ן ליידיגן טאג.


מיין ווייטאג איז באמת זייער גרויס, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא קיין ערגערע זאך ווי גיין ליידיג, אלע עבירות קומען פון גיין ליידיג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה", גיין ליידיג ברענגט צו די ערגסטע עבירות, "וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", און אויך ברענגט עס צו דיפרעסיע; נישט יעדער איינער איז געמאכט צו לערנען א גאנצן טאג, ווען א בחור אדער אינגערמאן גייט ליידיג דארף ער לערנען זיינע שיעורים צופרי און ביינאכט און גיין ארבעטן דורכן טאג אנצופילן זיינע טעג.


געלויבט דעם אייבערשטער אז איך האב די זכיה צו לערנען מיט תלמידים די הייליגע תורה; די גאנצע וועג ווי אזוי מיר פירן די ישיבה האט מוהרא"ש זכרונו לברכה אוועק געשטעלט. איינע פון די זאכן וואס מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט ביי אונז אין ישיבה, אז אויב א בחור גייט ליידיג זאל ער ענדערש גיין ארבעטן (פארשטייט זיך אין א ערליכע ארבעט); ער זאל קומען אינדערפרי אדער נאכמיטאג צו א שיעור, די איבעריגע שעות זאל ער זיין באשעפטיגט, ווייל פון גיין ליידיג קומט נישט ארויס קיין גוטס.


דעריבער אז דו שרייבסט מיר אז דו זיצט ליידיג און דו ווערסט משוגע פון ליידיג גיין - זאלסטו שוין אהיים קומען, ווייל אז דו וועסט דארט בלייבן וועסטו אריין פאלן אין א טיפע דיפרעסיע וואס מען קען זיך מוטשען און זיך אפליידן פון דעם א גאנץ לעבן; ענדערש זאלסטו בלייבן אין שטוב העלפן דיין מאמע, אדער גיין העלפן דיין טאטע ביי זיין ארבעט ווי צו פארלירן דיין לעבן.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָותוֹ מְרֻבָּה וכו', וּמְדַבֵּר דִּבְרֵי טִנוּף תָּמִיד", ווער עס גייט ליידיג, ער טוט נישט גארנישט, זענען זיינע תאוות זייער גרויס וכו' און ער רעדט שטענדיג שמוציג; דאס זעט מען ליידער ביי בחורים און אינגעלייט וואס האלטן נישט ביים לערנען און גייען ליידיג, זיי וואלטן גערן געגאנגען ארבעטן, נאר זיי האבן מורא וואס וועלן מענטשן זאגן וכו', ממילא זיצן זיי אין כולל און טוען גארנישט.


ווען עלטערן וואלטן געוואוסט וואס עס גייט אריבער אויף בחורים ווען מען שיקט זיי בכלל אין א דארמיטארי ה' ירחם, ובפרט וואס גייט אריבער אויף בחורים וואס מען שיקט זיי לערנען אין ארץ ישראל, און וואס זיי טון וכו', וואלט יעדע טאטע און מאמע געהאלטן די קינד אין שטוב! דער טאטע וואלט אים מיט גענומען מיט זיך ביי די ארבעט און די מאמע וואלט מיט אים געקאכט און געבאקן וכו' און נישט געשיקט דעם בחור אין א דארמיטארי, און כל שכן וקל וחומר נישט קיין ארץ ישראל.


עלטערן ווייסן נישט וואס זיי ווייסן נישט, זיי האבן נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אפ מיט בחורים וואס פארן כלומר'יש לערנען קיין ארץ ישראל. אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט, מען זינגט דעם ניגון וואס אלע עלטערן זינגען: "מיין בחור טוט זיכער נישט די אלע זאכן וואס בחורים טוען".


פאלג מיר, מאך שוין א טיקעט און קום אהיים. האב נישט מורא פון קיינעם, קיינער וועט דיר גארנישט טון; ווען דיינע עלטערן וועלן זען דיין שטארקייט אז דו מיינסט עס זייער ערנסט, וועלן זיי דאנקען דעם אייבערשטן אז זיי האבן א קינד וואס וויל זיין ערליך, זיי וועלן דיר מחזק זיין און העלפן אנפולן די צייט.


א שאד אז מען וויל זיך נישט איינבייגן דעם קאפ פארן רבי'ן; ווען אלע וואלטן ווען געלערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן וואלט נישט געווען קיין איין עם הארץ ביי כלל ישראל, יעדער וואלט געלערנט, קיינער וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם פון צו סאך צייט, יעדע מינוט וואלט מען אויסגענוצט פאר נאך א פרק משניות. פרוביר דאס אויס; נעם א משניות און הייב אן זאגן א פרק נאך א פרק, א מסכתא נאך א מסכתא, דו וועסט שפירן עפעס וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געשפירט; מען הייבט אן שפירן א טעם אין לעבן, עס הייבט אן ציען דעם מענטש צו נאך און נאך תורה. משניות האט אין זיך א כח אז עס דרייט איבער דעם מענטש מקצה אל הקצה.


אפילו אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו ווייטער לערנען אן פארשטיין; זאג די הייליגע ווערטער פון די תורה, דאס וועט דיר אויסרייניגן פון אלע דיינע שלעכטס. טראכט נישט אז דער סדר דרך הלימוד איז נישט פאר דיר, עס איז נאר פאר שוואכע וכו'; פאלג דעם רבי'ן, נעם היינט א משניות און הייב אן מסכת ברכות, גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אויפן קול אפילו דו פארשטייסט ניטאמאל די פשוט'ע טייטש. אזוי זאלסטו טון ביז דו וועסט ענדיגן א מסכתא, נאכדעם גיי צו די קומענדיגע מסכתא ביז דו וועסט ענדיגן א סדר, ווען דו ענדיגסט א סדר זאלסטו ווייטער זאגן פרקים משניות ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה, נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאך אמאל משניות וכו' וכו', אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן.


אזוי זאלסטו אויך טון מיט גמרא; הייב אן ש"ס. נעם א מסכת ברכות און הייב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא, היינט זענען דא גמרות מנוקד, אז אפילו איינער וואס קען נישט קיין עברי קען אויך זוכה זיין צו לערנען די הייליגע גמרא; זאג א דף נאך א דף ביז דו וועסט ענדיגן די גאנצע מסכתא, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין כסדרן ביז דו וועסט ענדיגן גאנץ ש"ס.


ווייז די בריוו פאר דיינע עלטערן.

#11 - קען מען זיין ערליך און חסידיש, און נאכאלץ הנאה האבן אין לעבן?
חסידות ברסלב, סמארטפאון, בחור, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, איך לערן ב"ה יעדן טאג נאר א דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב אויפגעגעבן מיין סמארטפאון נאר א דאנק א באטע וואס איך בין געווען איינמאל ביים ראש ישיבה פרייטאג צו נאכטס, און איך האב געזען אז מ'קען זיין ערליך און חסידיש, און נאכאלץ הנאה האבן פונעם לעבן. איך האב אלץ געמיינט אז א חסידישע לעבן איז נאר אנגעצויגן און נערוועז און ס'לאזט נישט הנאה האבן אין לעבן.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל מצליח זיין. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יהודה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהודה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה און וואויל איז דיר אז דו האסט אויפגעגעבן דיין סמארטפאון.


דער אייבערשטער זאגט אונז (שיר השירים רבה ה, ג): "פִּתְחוּ לִי פֶּתַח כְּפִתְחוֹ שֶׁל מַחַט", עפן מיר אויף א קליינע טיר אזוי גרויס ווי די לאך פון א נאדל, ווייז מיר אז דו ווילסט זיין גוט, "וַאֲנִי אֶפְתַּח לָכֶם כְּפִתְחוֹ שֶׁל אוּלָם", וועל איך דיר עפענען א גרויסע טיר, איך וועל דיר העלפן זיין גוט; מיט דעם וואס דו האסט אוועקגעווארפן דיין סמראטפאון האסטו געוויזן פארן אייבערשטן אז דו ווילסט זיין גוט, דו ווילסט זיך אפהיטן פון עבירות, וועט דיר דער אייבערשטער באגליקן מיט אלעס גוטס.


וויסן זאלסטו אז נאר דער וואס גייט אויפן וועג פון די תורה האט א גוט לעבן, אן די תורה האט מען נישט קיין לעבן, מען האט נישט די וועלט און נישט יענע וועלט; עס איז א טעות וואס א סאך בני הנעורים מאכן, זיי מיינען אז אן די תורה האט מען די וועלט און דער ערליכע איד האט נאר יענע וועלט; עס איז נישט אזוי, נאר דער וואס גייט נישט מיט די תורה האט נישט די וועלט און נישט יענע וועלט און מיט די תורה, מיט א צדיק, האט מען ביידע וועלטן.


פארוואס זאלסטו טראכטן אז א חסיד'יש לעבן האט מיט נערוועזיקייט און אנגעצויגנקייט, כאילו ערליכע אידן האבן נישט קיין לעבן?! א מענטש וואס זינדיגט אין עבירות אין פגם הברית דער איז נערוועז און אנגעצויגן, ביי אים איז אלעס אויסגעלאשן און טונקל. קוק וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט) ווער עס זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן דער ווערט א נערוועזער מענטש און יעדער ליידט פון אים, ווייל די עבירה ברענגט אריין אינעם מענטש א שטארקע מרירות און מען ווערט זייער דערביטערט רחמנא לצלן.


ביים רבי'ן איז אמאל געווען א מעשה, א איד האט זיך באקלאגט פארן רבי'ן אז זיין בעל הבית שלאגט אים, ער האט געבעטן אויב דער רבי קען רעדן צו אים; ווען יענער איז געקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געפרעגט: "איך האב א קשיא, אפשר קענט איר מיר דאס פארענטפערן; עס שטייט ביי די פרשה פון ער ואונן (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'", פארוואס שטייט "רַע" בְּעֵינֵי ה' - ער איז געווען שלעכט אין די אויגן פונעם אייבערשטן, עס וואלט געדארפט שטיין "רָשָׁע" בְּעֵינֵי ה'? איך וועל דיר ענטפערן - האט דער רבי געזאגט - ווייל ווער עס טוט די עבירה פון ער ואונן, ער איז פוגם בברית, ווערט א 'רַע', - א שלעכטער מענטש; אלע נערוון קומען פון עבירות, עבירות ברענגט אויפן מענטש א נערוועזקייט.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א נואף דורך זיין נאז; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר אז דאס גייט ארויף אויף כעס. איינער וואס איז שטענדיג נערוועז איז א סימן אז ער איז א נואף. דערפאר זאלסטו וויסן אז נערוועזקייט און כעס האט גארנישט צו טון מיט ערליכע אידן; פארקערט, דאס איז דער סימן ווער עס איז אן ערליכער איד, דער וואס היט זיך נישט פון עבירות, ער היט נישט זיינע אויגן, ער קוקט אלע עקעלדיגע שמוציגע אויסגעלאסענע מאוויס דער ווערט א נערוועזער אנגעצויגענער מענטש.


זאלסט זיך ווייטער דרייען ביי ערליכע אידן 'תלמידי היכל הקודש' ברסלב'ער חסידים וואס פאלגן דעם רבי'ן; זיי לעבן מיטן אייבערשטן, זיי זענען שטענדיג פרייליך און אויפגעלייגט און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, דאס וועט משפיע זיין אויף דיר אז דו וועסט אויך אנהייבן לעבן מיטן אייבערשטן, און זיין פרייליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#10 - אלס אן עלטערער בחור אין ישיבה, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?
שידוכים, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 20 יעריגער בחור, נאכנישט קיין חתן, און ס'איז מיר זייער שווער ברוחניות ובגשמיות. אלע מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט, און איך בין געבליבן אליין, און ס'איז מיר זייער שווער.


איך האב אסאך נסיונות אין קדושה, די בחורים אין מיין ישיבה רעדן זייער שמוציג, אין יעדע דריטע שמועס קומט אריין שמוץ, איך דארף חיזוק אנצוגיין.


איך קען דאס נישט דערציילן פאר קיינעם אין מיין ישיבה, ווייל עס הייסט א חשובע ישיבה, מיט חשובע בחורים, איך אליין בין אויך בעצם א גוטער און געבויעטער בחור, און איך שעם זיך אויסצורעדן דאס הארץ פאר סיי וועמען. איר זענט דער איינציגסטער צו וועמען איך קען רעדן און בעטן חיזוק און הילף.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברידער: "קיינער אויף דער וועלט פארשטייט נישט די צער פון א בחור"; דאס פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן.


מוהרא"ש האט געוויינט זיין גאנץ לעבן צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף בחורים און מיידלעך - זיי זאלן חתונה האבן ווי יונגער. אזוי קען מען ראטעווען אלע בחורים און מיידלעך פון ארויס גיין לתרבות רעה, ווייל ווילאנג מען איז א פלג גוף קען מען נישט זיין אפגעהיטן.


מוהרא"ש האט געזאגט אז ער איז געבוירן געווארן 'כ"א אייר' אין די ספירה פון "חסד שביסוד", ווייל ער איז מחזק די אלע וואס פאלן נעבעך אראפ אין מידת היסוד; בפרט בחורים וואס ווילן חתונה האבן און עס גייט זיי נישט קיין שידוך, ווייל זיי זענען בכלל נישט שולדיג.


"מיין זאך איז בחורים" - פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן; "איך בין אראפ געקומען אויף דער וועלט אויפצוהייבן בחורים און זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן". מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר בחורים זיי זאלן טענה'ען יעדן טאג צום אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך וויל נישט זינדיגן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; רבונו של עולם! איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות; וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, איך וויל נישט רעדן קיין ניבול פה, איך ווייס אז עס איז נישט גוט צו רעדן די רייד, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך היטן פון רעדן ניבול פה".


אנטלויף פון חברים וואס רעדן ניבול פה; וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש רעדט ניבול פה פארציילט ער פאר אלעמען ווער ער איז. ווי לאנג א מענטש רעדט נישט ווייסט מען נישט ווער ער איז - א חכם אדער א נאר, א צדיק אדער פארקערט; מען קען נישט דערקענען א מענטש פון אינדרויסן ווייל א מענטש קען זיך גוט פארשטעלן, נאר דורך זיין רעדן קען מען וויסן ווער ער איז, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי ב, ו): "מִפִּיו דַעַת וּתְבוּנָה", דורכן מויל קען מען דערקענען ווער דער מענטש איז.


ווען דו זעסט א מענטש רעדט נישט איידל זאלסטו וויסן אז ער איז דורך און דורך פארפוילט, אפילו פון אינדרויסן זעט ער אויס ווי א חשוב'ער מענטש; אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל-פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז פול מיט עבירות; פון אזא איינעם דארף מען שטיין ווייט ווייל מען קען מיטגעשלעפט ווערן. זיי נישט קיין אויבער חכם צו טראכטן: 'איך רעד נישט, איך הער נאר ווי חברים רעדן', ווייל אויב הערט מען רעדן ניבול פה, אפילו מען רעדט נישט קיין ניבול פה, באקומט מען אויך אן עונש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.): "רַב נַחְמָן בַּר יִצְחָק אָמַר: 'אַף שׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק'".


שטארק דיר און ווער נישט צעבראכן אז דו האסט נאך נישט דיין שידוך; טו די סגולות וואס דער רבי זאגט אז אויב מען טוט דאס וועט מען זוכה זיין צו טרעפן א שידוך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה. עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, 'קריאה לחנוכה'; ווען מען ענדיגט דאס זאגן בעט מען דעם אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיין שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


מיט דעם וואס דו וועסט נישט רעדן קיין ניבול פה וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב. קוק וואס דער הייליגער מהרש"א זאגט (כתובות ח: דיבור המתחיל "על כן על בחוריו"): אויפן פסוק (ישעיהו ט, טז): "עַל כֵּן עַל בַּחוּרָיו לֹא יִשְׂמַח ה' וגו', כִּי כֻלּוֹ חָנֵף וּמֵרַע וְכָל פֶּה דֹּבֵר נְבָלָה בְּכָל זֹאת לֹא שָׁב אַפּוֹ וְעוֹד יָדוֹ נְטוּיָה", פארוואס געבט דער אייבערשטער א שטראף פאר די בחורים וואס רעדן ניבול פה אז זיי גייען זיך נישט פרייען וכו'? זאגט ער: "שֶׁהָעוֹנֶשׁ מִדָּה כְּנֶגֶד מִדָּה, לְפִי שֶׁהַבַּחוּרִים מְנַבְּלִים פִּיהֶם בְּכַלָּה הַנִּכְנֶסֶת לְחוּפָּה, יָבֹא לָהֶם הָעֹנֶשׁ בְּבַחוּרִים הַמַּגִּיעִים לְפֶרֶק הַחֻפָּה שֶׁלֹא יִשְׂמְחוּ בָּהֶם", דער אייבערשטער שטראפט מדה כנגד מדה; אויב בחורים רעדן ניבול פה וכו' וועלן זיי נישט זוכה זיין זיך צו פרייען ביי זייער חופה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן בקרוב דיין זיווג, און דו זאלסט זיך חבר'ן נאר מיט ערליכע חברים - וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

#9 - ווי אזוי קען איך אוועקווארפן מיינע שלעכטע געוואוינהייטן?
שמחה, תשובה, סמארטפאון, בחור, ישיבה, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 15 יעריגע בחור, איך האב געהאט זייער א שווערע עבר, מ'האט מיר אסאך פארשעמט און געשלאגן, און דאס האט מיר געמאכט פיינט האבן צו זיין א איד, איך האב נאר געטראכט אז איך וויל ווערן א גוי, איך האב זיך געקויפט א סמארטפאן און צאמגעקוקט דאס ערגסטע, און איך האב געטון עבירות ממש להכעיס צו ווייזן אז כ'בין נישט קיין איד.


דער אייבערשטער האט מיר אבער געהאלפן אז איך בין אנגעקומען צו אייערע שיעורים און דאס האט מיר ממש געטוישט מיין בליק אויפ'ן לעבן, איך האב אנגעהויבן זען אז אידישקייט איז נישט אזוי שלעכט, יעצט וויל איך שוין זיין א פשוטער ערליכער איד, אבער די אלע עבירות אין וואס איך בין שוין געווארן צוגעבינדען, מאכן מיר זייער שווער אנצוגיין, איך קען זיך ממש נישט שלאגן מיט מיין יצר הרע, אפשר קענט איר מיר מחזק זיין איך זאל קענען זיין א פשוטער ערליכער איד?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מחזק זיין מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א מענטש וואס טוט תשובה.


וואויל איז דיר אז דו האסט אפגעלאזט דיינע שלעכטע מעשים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", אויף יעדע מכה איז דא א רפואה און אין יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס, "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע, תְּשׁוּבָה", וואס איז דא רפואה פאר די יצר הרע? תשובה; ווען א מענטש האט געטון עבירות רחמנא לצלן איז זיין רפואה ער זאל תשובה טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער, ווארף אוועק דיין סמארט-פאון; דאס איז נישט קיין גוטע זאך און עס וועט דיר נישט ברענגען קיין גוטס. ווייל אז מען קוקט שמוציגע זאכן ווערט מען אויסגעריסן אויך פון דער וועלט; דער יצר הרע רוט נישט ווי לאנג ער רייסט אויס דעם מענטש סיי פון דער וועלט און סיי פון יענע וועלט. ר' אברהם בן ר' נחמן האט געזאגט: "דער ס"מ וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף די וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; אז מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן פארלירט מען דעם מח און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צו וואס דארפסטו דעם צרה?!"


איך ווייס אז עס איז זייער שווער אוועק צו ווארפן א סמארט-פאון, ווייל דאס איז ספעציעל אזוי אויסגעשטעלט צו כאפן דעם מענטש'ס מוח, עס ציט און ציט ביז מען ווערט ממש צוגעקלעבט צו דעם, מיט דעם אלעם האט א מענטש א כח צו זאגן: "איך דארף דאס מער נישט"; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר א איד וואס איז געקומען פרעגן ווי אזוי עס קען זיין אז א מענטש האט א בחירה; אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי איז שייך צו זאגן פארן מענטש: "דו האסט א בחירה?" עס איז דאך אומעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "עס איז זייער פשוט צו פארשטיין דער ענין פון בחירה; אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט ר' נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא: "ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען מיר נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?" דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים.


פאלג מיר, ווארף אוועק דיין סמארט-פאון, זיי א העלד! אפילו קיינער ווייסט נישט אז דו האסט דאס, דו שפילסט אויס דיינע עלטערן און דיינע מגידי שיעורים וכו', ווייז אבער פארן אייבערשטן אז דו ווילסט זיין גוט; דער אייבערשטער בעט (שיר השירים רבה ה, ב): "פִּתְחוּ לִי פֶּתַח כְּחֻדָּהּ שֶׁל מַחַט, וַאֲנִי אֶפְתַּח לָכֶם כְּפִתְחוֹ שֶׁל אוּלָם", עפן מיר אויף א קליינע טיר אזוי ווי די שפיץ פון א נאדל און איך וועל דיר נאכדעם העלפן; אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין פאון, דו וועסט אויפהערן קוקן די עקעלדיגע מאוויס, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.


איך בעט דיר נאכאמאל, שטארק דיר און זיי פרייליך, דורכדעם וועסטו מצליח זיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך דער איז מצליח; זאלסט זען ארום צו גיין מיט א שמייכל א גאנצן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - איך בין מקנא די יונגע בחורים, קען איך נאך אויך מצליח זיין?
בחור, עבודת השם, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן בערך 40 יאר אלט, איך האב ב"ה א שיינע משפחה, און איך הייס א שיינער איד, אבער נאר איך אליין ווייס דעם אמת ווער איך בין, ווי ווייט איך בין פונעם אייבערשטן, און ווי נישט גוט איך פיר זיך אויף.


זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה האט זיך געטוישט מיין לעבן, איך האב אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, איך האב אנגעהויבן לערנען משניות און גמרא, איך האב ב"ה שוין זוכה געווען צו ענדיגן לעצטנס די ערשטע מאל ששה סדרי משנה, און כאטש וואס איך פאל נאכאלץ דורך, איך בין נאכנישט אינגאנצן אויסגעארבעט, שפיר איך אבער אז דער וועג ברענגט מיט נענטער צום אייבערשטן.


ווען איך האב אבער געהערט עטליכע דרשות וואס איר האט געזאגט אין ישיבה ביי סיומים, בין איך געווארן זייער צעבראכן, איך זע ווי יונגע בחורים זענען זוכה צו לערנען אזוי סאך, זיי הויבן אן זייער לעבן מיט די געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, און דאס ברענגט אין מיר אריין א קנאה געפיל, וואו בין איך אויף דער וועלט? הלואי ווען איך קען ווען צוריק ווערן א בחור און זיך אריינזעצן ביי אייך אין ישיבה.


אפשר קענט איר מיר שרייבן עטליכע ווערטער, אויב איך קען זיך נאך אויך נעמען אין די הענט אריין, אויב איך קען נאך אויך יעצט ביי די 40 יאר אנהויבן מיין לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת אחרי-קדושים, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יודל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פאלגסט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, דו לערנסט אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן און דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה.


ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען יעדן טאג משניות וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן. עס איז באוואוסט אז דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער, איך וועל דיר אראפברענגען איינס פון די פילע לשונות אינעם ספר מגיד מישרים (משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


כל זמן א מענטש לעבט קען ער זוכה זיין צו פארעכטן אלעס וואס ער דארף מתקן זיין. דער הייליגער צדיק רבי ישראל סאלאנטער זכותו יגן עלינו איז אמאל אריין שפעט ביינאכט צום שוסטער, ער האט זיך אנטשולדיגט אז ער קומט אזוי שפעט ביינאכט, אבער בלית ברירה מוז ער יעצט קומען אין אזא שפעטע שעה ווייל זיין שיך האט זיך ממש יעצט צעריסן און ער וויל וויסן צי ער קען דאס נאך פארעכטן. האט זיך דער שוסטער אנגערופן: "כל זמן די ליכט ברענט נאך, קען איך עס נאך פארעכטן"; רבי ישראל סאלאנטער זי"ע איז זייער נתעורר געווארן פון די ווערטער, ער האט געטראכט צו זיך: 'דאס מיינט מען מיר; דאס איז א בת קול וואס זאגט מיר אז כל זמן די ליכט ברענט, דאס הייסט, ווי לאנג א מענטש לעבט, זיין נשמה איז אין אים, וואס די נשמה ווערט אנגערופן א ליכט אזוי ווי עס שטייט (משלי כ, כז): "נֵר ה' נִשְׁמַת אָדָם", קען מען נאך אלעס פארעכטן'; דעריבער, אז דו פרעגסט צי ביי די פערציג יאר קען מען נאך אנהייבן וכו'; זאלסטו וויסן אז כל זמן די ליכט ברענט, קען מען נאך אלעס פארעכטן.


געדענק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו אויך גלייבן אז דו קענסט פארעכטן.


דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געזאגט (פסחים מט:): "מִי יִתֵּן לִי תַּלְמִיד חָכָם, וַאֲנַשְׁכֶנּוּ כַּחֲמוֹר", פאר איך האב געלערנט תורה האב איך אזוי פיינט געהאט א תלמיד חכם, אז איך האב אים געוואלט פארציקן אזוי ווי אן אייזל פארציקט א צווייטע בעל חי, און ביי די פערציג יאר האט ער תשובה געטון און זוכה געווען צו ווערן אזוי גרויס, עד כדי כך אז ווען משה רבינו איז ארויף אין הימל נעמען די תורה פאר די אידן האט ער געזאגט פארן אייבערשטן (מנחות כט:): "פארוואס געבסטו נישט די תורה פאר די אידן דורך רבי עקיבא?" זעט מען צו וואס מען קען צוקומען אויב מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


מוהרא"ש ברענגט אראפ פון פריערדיגע אז די ראשי תיבות פון רבי ע'ק'י'ב'א' איז: יֶ'שׁ ק'וֹנֶה ע'וֹלָמוֹ בְּ'שָׁעָה אַ'חַת; א מענטש וואס האט אזוי פיינט געהאט א תלמיד חכם זאל זוכה זיין צו אויפשטעלן פיר און צוואנציג טויזנט תלמידי חכמים.


אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג, דו וועסט זיין שטארק מיט דיינע שיעורים וועט דער אייבערשטער דיר פארגעבן אויף אלע דיינע יארן וואס דו האסט געטון נארישקייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, ער לערנט תורה יעדן טאג, זאגט דער אייבערשטער, "מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - קענט איר מיר געבן חיזוק אויף לימוד התורה, און איך וויל וויסן וועגן תכלת
חסידות ברסלב, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די פילע התחזקות וואס איר געבט פאר מיר און פאר גאנץ כלל ישראל. ב"ה איך גיי אין די וועגן פונעם הייליגן רבי'ן שוין א יאר און א האלב, איך לעב מיט די עצות און איך האב שוין זוכה געווען מחזק צו זיין נאך אידן מיט די עצות.


איך בין א בחור פון 15 יאר וואס פון ווען איך האב אנגעהויבן לערנען גמרא אין חדר האב איך שוין זייער ווייניג געלערנט, און ב"ה דעם פארגאנגענעם זומער האב איך אנגעהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, און היינט בין איך ב"ה מעביר סדרה יעדן טאג, אויך לערן איך א פרק משניות און א דף גמרא, ווי אויך על פי רוב 2 פרקים נ"ך, און אביסל ספר המידות, און פארשטייט זיך אסאך התבודדות. איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה אויב איר קענט מיר שיקן א בריוו פון הדרכה והתחזקות און א סדר היום.


דרך אגב האב איך געוואלט וויסן וועגן תכלת אויף ציצית, מיט צוויי וואכן צוריק בין איך געווען ביים ראש ישיבה אין ישיבה מיט מיין טאטע און איך האב באמערקט אז דער ראש ישיבה און טייל פון די בחורים האבן געטראגן תכלת, וויל איך וויסן צי דאס האט מוהרא"ש געטון און צי ער האט געוואלט זיינע תלמידים זאלן דאס טון, און אויך וואס איז די סיבה פון דעם.


 יישר כוח אויף אלעס און א גוטע וואך.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור שמעון נרו יאיר


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו נעמסט התחזקות פון הייליגן רבי'ן אויף לעובדא ולמעשה; דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה.


שטארק דיך בלימוד משניות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת"; קען מען זאגן אז יעדער איינער קען זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע גלות בזכות וואס ער לערנט משניות. מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש, מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", דאס איז ראשי תיבות 'משנ"ה'; אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.


בפרט א בחור וואס דער יצר הרע האלט אים אין איין מכשיל זיין אין פגם הברית; וויפיל ער וויל זיין גוט און ער מאכט פעסט אפ ביי זיך אז ער גייט שוין מער נישט טון קיין נארישקייטן, מיט דעם אלעם האלט זיך דער יצר הרע אין איין מתגבר זיין אויף אים, ער ווארפט אים אראפ אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאות זרע לבטלה, דארף ער לערנען אסאך משניות.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות. אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


זיי נישט קיין בטלן און נוץ אויס דיינע יונגע יארן; וואס מען לערנט אין די יונגע יארן דאס בלייבט אויף א גאנץ לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כ): "הַלּוֹמֵד יֶלֶד לְמַה הוּא דוֹמֶה, לִדְיוֹ כְתוּבָה עַל נְיָר חָדָשׁ". קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.


בענין וואס דו פרעגסט וועגן תכלת; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט צו גיין מיט תכלת ווייל ר' אברהם ב"ר נחמן זכרונו לברכה איז געגאנגען מיט תכלת. ער האט געהאט א קבלה פון זיין טאטע ר' נחמן טולטשינער - א תלמיד פון ר' נתן, וואס האט געהערט פון ר' נתן אז ווען דער רבי האט געזאגט: "פון מיר ביז משיח וועט נישט זיין קיין נייעס", האט דער רבי געגעבן א קרעכץ און זיך אנגערופן: "אה תרחם, אה תרחם"; דעמאלט האט מען נישט פארשטאנען וואס דער רבי מיינט מיט דעם "אה תרחם", אבער שפעטער ווען דער גרויסער צדיק דער ראדזינער רבי זכותו יגן עלינו האט אנפלעקט די תכלת אין יאר תרח"ם האט זיך ר' אברהם ב"ר נחמן ז"ל געטראפן מיט אים און דערביי אנגענומען די ענין פון גיין מיט תכלת. פארשטייענדיג אז דאס האט דער רבי געמיינט מיט דעם "אה תרחם", און אלע וואס זענען געגאנגען מיט ר' אברהם ז"ל האבן אנגעהויבן גיין מיט תכלת.


א ברסלב'ער חסיד איז איינער וואס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און ער פאלגט וואס דער רבי זאגט. ער מאכט זיך שיעורים בכל התורה כולה, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג און א גאנצן טאג איז ער פרייליך.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן בזה העולם, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן, מען קען זיין אין ברסלב און מען קען גיין מיט תכלת אבער מען לערנט נישט קיין חומש רש"י יעדן טאג, מען עפענט נישט קיין משניות, קיין גמרא וכו' וכו'. געדענק וואס דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם: "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - זאל איך לערנען אין כולל, אדער סתם אין שול?
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 17 יאר, איך האב געהאט שוועריקייטן צו טרעפן א ישיבה, און דעריבער בין איך נישט יעצט אין א מסגרת פון א ישיבה. איך האב זיך געטראפן א שול נעבן מיין הויז, וואו איך זיץ דארט און איך לערן אויף סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ח"י פרקים משניות, גמרא, חומש רש"י, און אזוי ווייטער.


מיינע עלטערן זענען אבער נישט צופרידן דערפון, זיי זאגן אז אויב איך לערן סיי ווי פלייסיג, זאל איך זיך שוין אריינזעצן אין א כולל וואו ס'לערנען אסאך אינגעלייט און בחורים, זיי זאגן אז דאס וועט מיר העלפן סיי פאר שמירת הזמנים, און אויך פאר שידוכים.


מיר איז אבער גרינגער צו זיצן אין א האלב ליידיגע שול, איך האב נישט קיין פרעשור פון קיינעם, און ווען איך לערן איז עס מער אמת'דיג און נישט ווייל יענער קוקט.


וואס וואלט געווען די ריכטיגע שריט פאר מיר צו טון?


יישר כח פאר אייער טייערע צייט.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר נישט ענטפערן אויף דיין שאלה ווען איך קען דיר נישט; איך ווייס נישט צי דו לערנסט פלייסיג און צי דו בטל'סט נישט דיין צייט.


קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עדיות ה, ז): ווען עקביא בן מהללאל האט געהאלטן פארן נפטר ווערן, האט זיין זון געבעטן פון אים: "אַבָּא, פְּקּוֹד עָלַי לְחֲבֵרֶיךָ", זאג פאר דיינע חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין. האט אים עקביא בן מהללאל געענטפערט: "אֵינִי מַפְקִיד", איך זאג זיי גארנישט וועגן דיר; האט ער געפרעגט: "שֶׁמָּא עַוְלָה מָצָאתָ בִּי"? טאטע, ביסט ברוגז אויף מיר? דו האסט געטראפן אין מיר א זאך וואס איך טו נישט גוט, אז דו ווילסט נישט בעטן די חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין? האט אים עקיבא בן מהללאל געענטפערט: "ניין, איך בין נישט ברוגז אויף דיר, נאר: 'מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ', דיינע גוטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מקרב זיין, און דיינע שלעכטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מרחק זיין".


דאס זעלבע זאג איך דיר: "מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ", אז דיין טאטע וועט זען ווי דו לערנסט דו בטל'סט נישט קיין צייט און דו פירסט זיך מיט יראת שמים, וועט אים נישט אנגיין אז דו זיצסט פאר דיר און דו לערנסט; ער וועט נאר ווערן יונגער מיט אפאר יאר און עס וועט אים געבן געזונט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים - רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער מאכן געזונט די עלטערן; אבער אז דו וועסט אויפשטיין שפעט און נישט דאווענען מיט מנין, דו וועסט זיך דרייען אין שטוב - יעדן טאג מיט אן אנדערער תירוץ, איז טאקע בעסער דו זאלסט זיך זוכן א כולל, א מסגרת וואו צו זיצן און לערנען.

#5 - ווי אזוי געבט מען אריין א חשק אין בחורים אויפצושטיין אינדערפרי
חינוך הילדים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די פילע חיזוק וואס מיר באקומען פון אייך דורך אייערע געוואלדיגע שיעורים מיט וואס מיר זענען זיך ממש מחיה.


מיר האבן צוויי בחורים אינדערהיים און מיר דארפן הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי, ווי אזוי זיי מחנך צו זיין, ווי אזוי אריינצולייגן אין זיי א חשק צו לערנען און דאווענען און זיך אויפצופירן ווי עס דארף צו זיין.


ובפרט ווי אזוי זיי זאלן האבן חשק אויפצושטיין אינדערפרי, עס איז זייער שווער זיי ארויסצושלעפן פון בעט יעדן צופרי.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ - חנוכה, ד' דחנוכה, כ"ז כסליו, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינטיגע צייטן ווען די גאס איז זייער מסוכן, דארף מען זייער אכטונג געבן אז די קינדער זאלן ליב האבן זייער היים, די קינדער זאלן וועלן פארברענגען אין שטוב, און זיי זאלן ליב האבן זייערע עלטערן.


ר' נתן האט געזאגט: "עס איז ביי מיר חשוב צו מחנך זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין חצות און זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין, ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, אנגרייטן נעגל וואסער וכדומה. ווייל א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן; אודאי דארף יעדער מענטש חיזוק, יעדער מענטש האט א יצר הרע וכו' וכו', אבער מיט א גוטע חינוך איז דאס יראת שמים און אידישקייט איינגעבאקן אין הארצן.


בנוגע וואס איר פרעגט ווי אזוי מען קען מאכן די בחורים זאלן וועלן אויפשטיין אינדערפרי; דאס איז א פראגע מיט וואס אלע עלטערן מוטשען זיך, אלע זוכן עצות ווי אזוי מען קען מאכן די בחורים זאלן אויפשטיין. מען דארף געדענקען וואס דער רבי זאגט: "מיט גוטן פועל'ט מען בעסער ווי מען שלעכטן"; נאך האט דער רבי געזאגט: "אויב מען זעט מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן"; איך געדענק ווען איך בין געווען א בחור איז מיר אויך שווער געווען אויפצושטיין פארטאגס וכו', פלעגט מיין מאמע - זאל זיין געזונט און שטארק - זיצן ביי מיין בעט פארטאגס און מיר וועקן, זי האט זיך אזוי געבעטן ביי מיר איך זאל אויפשטיין, זי פלעגט רעדן אזוי שיין און זינגען ניגונים איך זאל גיין לערנען, אז איך האב געמוזט אויפשטיין. ווען מען רעדט מיט שיינעם צו די קינדער וועלן זיי זיכער פאלגן די עלטערן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש, וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי, און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קז:): "לְעוֹלָם תְּהֵא שְׂמֹאל דּוֹחֶה, וִיְמִין מְקַרֶבֶת"; ווען עס קומט מחנך צו זיין קינדער אדער תלמידים, דארף מען טאקע זאגן מוסר, אבער מיט די רעכטע האנט זאל מען זיי מחזק זיין, דאס הייסט מען דארף געבן מער חיזוק און מער ליבשאפט, ווי אוועקשטופן.


דער אמת איז, ווען די קינדער זענען נאך יונג, דעמאלט איז דער ריכטיגער צייט פון חינוך, דעמאלט איז דער צייט פון שמאל דוחה, זיי מחנך זיין מיט דרך ארץ. קינדער זאלן וויסן אז א ווארט פון טאטע מאמע איז זייער חשוב, און מען קען זיך נישט שפארן וכו'. ווען מען דערזעט זיך שוין מיט קינדער פון פערצן יאר און העכער, דעמאלט דארף מען שוין זייער אכטונג געבן מען זאל זיי נישט פארלירן, מען דארף מער פארברענגען מיט זיי וכו', דעמאלט איז דער צייט פון "ימין מקרבת".


ליידער זעט מען זייער אסאך משפחות זענען נישט מחנך די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, שפעטער וועקן זיי זיך אויף - ווען זיי האבן שוין עלטערע קינדער, אבער דעמאלט דארף מען שוין אכט געבן מען זאל זיי נישט פארלירן.


נאך אלע עצות דארף מען גוט וויסן אז דער עיקר עצה אויף גוטע קינדער איז "תפילה"; מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו, ער האט אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער; האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער". דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער, און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען אסאך אידיש נחת פון ענקערע קינדער, אמן.


א פרייליכן שבת.


 


 

#4 - מיין ברודער האט אוועק געגליטשט, ווי אזוי קען איך העלפן מיינע עלטערן?
כיבוד אב ואם, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ברודער וואס האט ליידער אוועק געגליטשט פון אידישן וועג, און מיינע עלטערן האבן גאר אסאך צער פון דעם, דאס הרג'ט זייער לעבן, וואס קען איך טון זיי צו העלפן לינדערן זייער אומגעהויערע צער?


יישר כח פאר אלעס.


דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז זייער אסאך משפחות גייען אריבער דאס וואס איר גייט אריבער, עס פאלן ליידער אוועק זייער אסאך בחורים און מיידלעך פון ערליכע שטובער, און עלטערן ווערן אויפגעגעסן פון גרויס צער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין פסחים נד:): "גְזֵירָה עַל הַמֵּת שֶׁיִּשְׁתַּכַּח מִן הַלֵּב", דער אייבערשטער האט געמאכט אז ווען א מענטש ווערט נפטר ווערט דאס פארגעסן פון הארצן, אבער ווען א מענטש גייט אוועק פון דרך התורה והמצוות, ער לעבט, נאר זיין נשמה איז נעבעך בבחינת מת, דאס קען מען נישט פארגעסן. עלטערן עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט, ביז עס איז דא נעבעך עלטערן וואס גיין אראפ פון זינען פשוט כמשמעו, השם ירחם.


דאס וואס איר פרעגט וואס איר קענט טון צו העלפן אייערע עלטערן זיי זאלן זיך נישט אזוי מצער זיין אויף אייער ברודער, וואס איז נעבעך אוועק פונעם דרך התורה והמצוות; צוויי זאכן קענט איר טון, איינס – אויפבויען אייער שטוב, זייט מחנך אייערע קינדער, געבט זיי ווארעמקייט און ליבשאפט, זיי זאלן אויסוואקסן געזונטע ערליכע אידן, אויך זאלט איר אריבער גיין מיט די קינדער צו אייערע עלטערן פון צייט צו צייט. דאס וועט זיי צוגעבן א שטיק געזונט, זעענדיג ווי עס ציט זיך פון זיי שיינע דורות. צווייטנס - איר זאלט אסאך מתפלל זיין פאר אייער ברודער, ווייל תפילה איז למעלה מדרך הטבע, תפילה איז למעלה מן השכל. דער 'שכל' זאגט אז עס איז שוין נישט דא וואס צו טון, אבער תפילה איז למעלה מן השכל, מיט תפילה קען מען יא טון, מען קען יא זוכה זיין צו א ישועה.


די 'טבע' זאגט אז דאס איז עס, מען קען גארנישט טון, קומט תפילה און זאגט אז מען קען יא צוריקברענגען אייער ברודער. דערפאר האט דער הייליגער רבי גערעדט אזוי פיל פון תפילה, ווייל תפילה איז מגלה אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט, נאר דער איין איינציגסטער באשעפער. תפילה איז מגלה אז עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה מזל. תפילה איז מחבר א מענטש צום אייבערשטן, דאס קענט איר טון פאר אייערע עלטערן און פאר אייער ברודער.


אויך זאלט איר רופן אייער ברודער צו שבת סעודות; איך האב געהערט פון אינגעלייט וואס זענען געווען אריין געכאפט אין די מחלה פון דראגס (סמים) און זענען זיי ברוך השם ארויס דערפון, היינט פארציילן זיי וואס עס איז געווען די איינציגסטע זאך וואס האט זיי צוריק געברענגט, אז זייערע חתונה געהאטע געשוויסטער פלעגן זיי שיקן בילדער פון זייערע קינדער, זיי פלעגן גיין צו זייערע געשוויסטער שמועסן און זיך שפילן מיט די קליינע קינדער, דאס האט זיי געמאכט טראכטן אלעס אפצולאזן און צוריק קומען צום דרך התורה כדי זיי זאלן אויך האבן א שטוב מיט קינדער, זייער מחשבה האט זיי געפייניגט 'קוק די ברודער און שוועסטער, ווי שיין זייער לעבן איז, קער זיך צוריק צום אייבערשטן'. נאך לאנגע יארן האבן זיי טאקע אלעס איבערגעלאזט און זיך צוריק געקערט צום דרך התורה והמצות.


איך האב אויך געהאט מעשיות וואס אינגעלייט האבן מיר דערציילט, אז ווען זיי זענען געווען אין ישיבה האבן זיי שוין געוואלט אלעס אפלאזן, איין זאך האט זיי אפגעהאלטן פון אנטלויפן, ווען זיי פלעגן עסן שבתים ביי מיר און ביי אנדערע ברסלב'ער חברים, זיי האבן געזען א שיינע געשמאקע שטוב וואו דער טאטע און מאמע זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן וכו', דאס האט געמאכט זיי זאלן זיך גוט בארעכענען און נישט אנטלויפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער ברודער זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה און זיך צוריקקערן צום דרך התורה והמצות.


 


 

#3 - איך דארף שוין מיין שידוך, און ווי אזוי האנדלט מען וועגן געלט?
שידוכים, פרנסה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס א בחור דארף און קען טון השתדלות צו טרעפן א שידוך? ווי אזוי קען איך מאכן אז די אלע סגולות און תפלות זאלן ארבעטן ווי שנעלער? ווייל איך האלט עס שוין מער נישט אויס.


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען מיר קלאר מאכן אין דעם ענין פון געלט, וואס איז דער חילוק צווישן נישט האבן קיין געלט ווייל מ'איז א בטלן, און דאס איז מען דארף גלייבן מיט אמונה און בטחון אז דער אייבערשטער וויל אז איך זאל יעצט נישט האבן קיין געלט, און ווען ער וועט וועלן וועט ער מיר שוין געבן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יואליש

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד יואליש נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו האסט מיר געגעבן דעם בריוו האב איך שוין פארשטאנען מיט צוגעמאכטע אויגן וואס דארט שטייט, נאך פאר איך האב געליינט דיין בריוו האב איך שוין פארשטאנען וואס דיין בקשה איז; ווייל וואס דארף דען בחור, וואס איז די ווייטאג פון יעדן בחור? א בחור דארף איין זאך - א שידוך, ווי לאנג מען האט נישט חתונה איז מען זייער צעבראכן, וואס מען וועט נאר פרובירן צו טון זיך פרייליך צו מאכן איז עס אלעס נאר לפנים, ווייל מען קען נישט זיין פרייליך נאר אז מען איז אפגעהיטן בקדושת הברית, און ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית ווערט ער זייער בעצבות ומרה שחורה.


דערפאר טייערע יואליש ני"ו, איך בעט דיר זייער, דראפע דיר און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות, ווער נישט צעבראכן ווען דו זעסט ווי עס גייט אריבער א יאר נאך א יאר און דו טרעפסט נישט דיין שידוך, דו האסט שוין געמיינט פון לאנג צוריק אז דו וועסט שוין זיין חתונה געהאט וכו'. קיינער פארשטייט נישט די צער וואס א בחור גייט אריבער, עס איז נישט דא נאך אזא צער ווי די צער פון א בחור, ווייל מען האלט אין איין אראפ פאלן אין פגם הברית, דאס מאכט נאכדעם זייער בעצבות ומרה שחורה, און וויפיל מען וויל ארויס קריכן פון דעם האלט מען אין איין צוריק פאלן.


אבער טייערער ברודער, וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער האט פאר דיר אנגעגרייט א שידוך און דו וועסט געהאלפן ווערן בקרוב ממש; דו זאלסט ווייטער טון אלע סגולות וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז געגעבן, בפרט די סגולות וואס דער רבי זאגט, דאס זאלסטו מקיים זיין בתמימות ופשיטות.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ב): "קִדּוּשׁ לְבָנָה סְגֻלָּה שֶׁיִּמְצָא אָדָם אֶת זִוּוּגוֹ", דערפאר דארף מען מקפיד זיין צו מאכן קידוש לבנה יעדן חודש, און ווען מען ענדיגט קידוש לבנה בעט מען דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן די ריכטיגע שידוך בזכות קידוש לבנה.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך, זאל ער זאגן "קרבנות הנשיאים"; דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, קריאה לחנוכה. נאכדעם זאל מען בעטן דעם אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיין שפראך – "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געטון וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין אליין, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


וויסן זאלסטו אז נאר סגולות וואס צדיקים האבן אונז געגעבן דאס האט א קראפט, די אלע סגולות וואס מענטשן פארקויפן וכו' וכו' האט נישט קיין שום האפט, עס איז סתם א קאפ פארדרייעניש, אבער סגולות וואס צדיקים האבן אונז געגעבן דאס העלפט, מען דארף גלייבן אין דעם און אויסווארטן ביז מען איז זוכה צו קריגן די ישועה.


שטארק דיר און ווער נישט צעבראכן ווען דו זעסט ווי עס גייט אריבער נאך א טאג און נאך א טאג, אבער עס רוקט זיך גארנישט. דו טראכסט כל מיני מחשבות 'וואס וועט זיין', 'אפשר וועל איך בלייבן אן אלטע בחור, איך וועל בלייבן א גאנץ לעבן איינער אליין', 'ווער וועט מיר נעמען וכו''; די אלע שלעכטע מחשבות קומט פונעם יצר הרע וואס ער ברענגט אריין די סארט מחשבות אין אלע בחורים, אלע בחורים טראכטן דאס פאר זיי טרעפן זייער שידוך. דערפאר בעט איך דיר, טראכט נישט אזוי, דו טראכט גוט, טו וואס דו האסט צו טון און ווארט אויס פאר דיין ישועה, פאלג דעם רבי'ן און זיי מקיים אלע עצות וואס ער זאגט, וועסטו בודאי געהאלפן ווערן בקרוב ממש.


בנוגע דיינע חובות וכו'; אז מען בארגט געלט דארף מען באצאלן, אויב מען באצאלט נישט איז מען א גנב. א מענטש דארף לעבן מיט אמונה, גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער - דאס איז פאר זיך, אבער ווען עס קומט צו באצאלן דארף מען האבן אמונה, מען דארף גלייבן אינעם אייבערשטער וואס האט געהייסן באצאלן, דארט קען מען זיך נישט מחזק זיין און זאגן אלעס איז דער אייבערשטער וכו', דעמאלט דארף מען האבן אמונה אין גלייבן אז אויב מען באצאלט נישט וועט מען נאכאמאל מגולגל ווערן רחמנא לצלן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין סה:): "בִּשְׁלֹשָׁה דְּבָרִים אָדָם נִיכָּר בְּכוֹסוֹ וּבְכִּיסוֹ וּבְכַּעֲסוֹ", מען קען דערקענען א מענטש צי ער איז ערליך דורך דריי זאכן, איינע פון די זאכן איז ווי ערליך ער איז ביים האנדלען מיט מענטשן, אסאך מאל קען מען זען מענטשן וואס זעען אויס זייער גוט אין בית המדרש, דארף מען אבער וויסן אז דארט קען מען נאך נישט זען דעם אמת, ווען מען זעט ווי אזוי ער פירט זיך אויף בדיני ממונות, ער געבט אכטונג אויף יענעמס געלט וכו', דעמאלט איז א סימן אז ער איז אן ערליכער איד.


דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן נישט צו זיין שולדיג קיין איין פרוטה פאר א צווייטן; דער רבי זאגט זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון, זאל אכטונג געבן נישט צו זיין קיין בעל חוב; געב אכטונג אז דו זאלסט נישט זיין קיין (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם", א רשע וואס בארגט און באצאלט נישט; עס איז א בושה און א בזיון צו הערן אז אינגעלייט זענען שולדיג פאר א צווייטן געלט און זיי מאכט זיך נישט וויסענדיג וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


 

#2 - "תיקון הכללי" העלפט נאר פאר שוגג? ווי אזוי פאררעכט מען א מזיד?
קדושה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, 16 יאר אלט, איך הייס ..., איך וואוין אין ... און איך לערן דארט אין ישיבה. איך האב זיך אייביג זייער געמוטשעט מיט עניני קדושה, איך האב שוין ליידער זייער אסאך מאל מוציא געווען זרע לבטלה, עס באדערט מיר זייער שטארק אבער איך האב אייביג געוואוסט אז יעדעס מאל וואס איך האב מיר נישט געקענט שטארקן, האב איך די "תיקון הכללי" און איך קען מתקן זיין וואס איך האב געטון.


לעצטנס האב איך געהערט אז דער רבי האט געמאכט די "תיקון הכללי" נאר פאר מקרה לילה, נישט ווען מען ציט אליינס ארויס די זרע, איך האב געהערט די הארבקייט פון טון דאס וואס איך האב שוין געטון אזוי סאך, עס עסט מיר אויף דאס געזונט ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי תשובה צו טון.


נארמאל ווייס איך אז מען קען פשוט בעטן דעם באשעפער "זיי מיר מוחל", אבער ביי די עבירה ווייס איך נישט אויב מען קען תשובה טון, ביטע זאגט מיר ווי אזוי איך קען תשובה טון.


איך האב נאך אזוי סאך זאכן וואס איך וויל זיך דורכשמיסן מיט אייך, אבער איך האב נישט קיין כח צו טייפן אזוי לאנג. ביטע זאגט מיר וואס איך קען טון אז דער באשעפער זאל מיר מוחל זיין.


א גרויסן ישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער זוהר הקדוש זאגט (ויחי ריט:): "אויף יעדע עבירה העלפט תשובה, אבער ווען א מענטש איז פוגם בברית העלפט נישט קיין תשובה, און ער וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן", ווייל ווען א מענטש איז מוציא זרע לבטלה איז ער א רוצח, עס איז ממש אזוי ווי א מענטש וואס הרג'עט אויס זיינע אייגענע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה; רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָּמִים, רבי יצחק און רבי אמי זאגן, ווער עס זינדיגט אין פגם הברית ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים. רַב אַסִּי אָמַר כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים, רב אסי זאגט, ווער עס זינדיגט אין פגם הברית ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


אבער זאלסט נישט ווערן צעבראכן, ווייל דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף דער וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה, מיט זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך; איך זאג – זאגט דער רבי – אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט מיט די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית". דער רבי האט אונז געגעבן א תיקון פאר די עבירה - דעם "תיקון הכללי", זאג יעדן טאג דעם "תיקון הכללי": די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ), דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי - האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון; דערפאר זאלסטו יעדן טאג זאגן דעם תיקון הכללי נאך תפילת שחרית, וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען.


דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער האט געהייסן מען זאל אריין לייגן אין אנהייב פון די תהילים וואס ער האט געדרוקט (דער תהלים מיטן פירוש פונעם הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו) אלע מזמורים פון תיקון הכללי, און שרייבן דארט אז דאס איז א סגולה און א תיקון פאר פגם הברית, כדי אז אלע זאלן וויסן די עשרה מזמורים פונעם תיקון הכללי. ווייל אז מען זאגט די צען קאפיטלעך איז מען פארזיכערט אז מען האט מתקן געווען וואס מען האט פוגם געווען.


דער תיקון הכללי איז א תיקון פאר פגם הברית - סיי בשוגג סיי במזיד, סיי באונס סיי ברצון, סיי בדיבור סיי במעשה, סיי בהרהור סיי במחשבה סיי בראיה; דער רבי האט ברייטע פלייצעס, און ווער עס זאגט יעדן טאג דעם תיקון הכללי וועט זיכער אלעס מתקן זיין. מען דארף האבן אמונת חכמים, גלייבן אין די ווערטער וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז געזאגט, און אין אלע זייערע תיקונים.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר געבן אן עצה ווי אזוי מען קען זיין שטארק, וועל איך דיר שרייבן אפאר נקודות פון הייליגן רבינ'ס ספרים:


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות', א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אלץ אראפ, און וויפיל מאל דו ווילסט זיין גוט פאלסטו נאכאמאל צוריק אריין.


דערפאר אחי היקר, טייערער ברודער, פאלג דעם רבי'ן, זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און יעדן טאג זאלסט אהינגיין זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, און ווי ער ווארפט דיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה, בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האלט אין איין אראפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויס צו רייסן דערפון. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מיך קענען היטן מיינע אויגן, געב מיר ריינע אויגן, איך וויל נישט קוקן שמוציגע מאוויס, שמוציגע קליפס. וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגע באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, איך גיי ארום מיט נארישע געדאנקען, איך רעד מיר איין אז דו דארפסט מיר נישט, איך בין אזוי דערשראקן אז איך קען שוין נישט תשובה טון". אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער וואו דו ליגסט.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט ביי אים אויסגעלאשן זיין אמונה, ער הייבט אן האבן ספיקות מיט בלבולים, מען גייט ארום זייער דעפרעסט, מען שפירט ביי זיך אז קיינער דארף אים שוין נישט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא): ברית מיט אמונה גייט צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; ווען א מענטש איז זוכה, ער היט זיך אפ פון פגם הברית; ער היט זיינע אויגן, ער היט זיינע מחשבות, דעמאלט האט מען א שטארקע אמונה, אבער ווען מען קוקט וואו מען טאר נישט, מען נישטערט אין שמוץ, מען קוקט עקלדיגע שמוציגע מאוויס רחמנא לצלן, ווערט די אמונה אויסגעלאשן און מען ווערט א דעפרעסטער מענטש. דערפאר זאלסטו פון יעצט זיין שטארק מיט אמונה, גלייבן אינעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, דער אייבערשטער הערט אויס יעדע ווארט וואס דו רעדסט צו אים, און ער האט דיר ליב.


זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביז סוף וואך, דאס איז א תיקון פאר פגם הברית, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יט) אז שנים מקרא ואחד תרגום איז א תיקון הברית; אויב זעסטו אז דו האסט נאך אפאר מינוט לייג אויך צו רש"י.


זע צו זאגן יעדן טאג משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש. "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, און ער ווערט ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות איז דאס א מורא'דיגע זאך, ח"י פרקים משניות יעדן טאג מאכט אז דער מענטש זאל ווערן לויטער, עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש, ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין דער עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', און ווען מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - מסכת תענית פאר א שידוך, פאר בחורים וואס לערנען נישט אין ישיבה
שידוכים, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
אזוי ווי איך האב געהערט אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פאר די בחורים אז זיי זאלן לערנען מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און אין דעם זכות וועלן זיי א חתן ווערן, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט פאר די בחורים אין יאר תשע"א, וויל איך פרעגן אויב די סגולה איז נאר פאר בחורים וואס לערנען אין ישיבה, אדער דאס איז אויך פאר מיר וואס איך לערן נישט אין ישיבה?
אויך וויל איך וויסן, ווען איך זאג מסכת תענית, און איך קום אן צו א פסוק וואס האט דעם אייבערשטנ'ס נאמען, אויב מען זאגט ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, אדער מען זאגט נאר "השם"?
אויך ווען ס'איז דא צוויי גרסאות אין א גמרא, ווי וועלכע גירסא דארף מען זאגן?
א גרויסן ישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס איך באקום פון אייך שטענדיג.
שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד הבחור שלמה ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק אין עבודת השם ובעיקר בלימוד התורה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה (עיין שיחות הר"ן, סימן עו).


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מען דארף גארנישט טון, נאר דאווענען לערנען און דאווענען", און דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "טוֹב לָאָדָם שֶׁיַעֲבוֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה", וואס דאס קען מען נאר טון אז מען ווארפט אוועק אלע נארישע חכמות, און מען פאלגט דעם הייליגן רבי'ן בתמימות ופשיטות.


דאס וואס דו פרעגסט מיר בנוגע די הבטחה וואס מוהרא"ש האט צוגעזאגט דא אין ישיבה, אז אויב מען וועט אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה יעדן טאג לערנען און מסיים זיין מסכת תענית - וועט דער בחור א חתן ווערן, פרעגסטו מיר צי דאס איז נאר פאר תלמידי היכל הקודש?


וויסן זאלסטו אז צו זיין א תלמיד הישיבה דארף מען נישט זיין אין ישיבה בפועל ממש, נאר דער עיקר איז אז מען נעמט די עצות פון הייליגן רבי'ן און מען איז דאס מקיים – דעמאלט וואו מען איז נאר, איז מען א תלמיד פון רבי'ן; היכל הקודש איז נישט מצומצם אין א געוויסע מקום, און דווקא אויב מען איז דארט איז מען א תלמיד, נאר צו זיין א תלמיד היכל הקודש דארף מען פאלגן די עצות וואס מען לערנט אין היכל הקודש; קומט אויס, אז עס קענען זיין בחורים וואס דרייען זיך אין היכל הקודש, עס זעט אויס ווי זיי זענען תלמידים, אבער באמת האבן זיי נישט קיין שום שייכות מיטן פלאץ, ווייל זיי פאלגן נישט, און עס קען זיין א בחור ווי דיר, וואס קיינער ווייסט נישט ווער דו ביסט, דו לערנסט אין א צווייטער ישיבה און דו פרובירסט צו מקיים זיין די עצות וואס מען לערנט דא, און דו ביסט א תלמיד היכל הקודש.


דערפאר זאלסטו אנהייבן צו לערנען מסכת תענית, און דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן דיין שידוך בקרוב.


בנוגע וואס דו פרעגסט, אויב מען קומט אן צו א פסוק וואס האט דעם אייבערשטנ'ס נאמען, צי מען זאגט ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען; אויב איז עס א גאנצער פסוק קען מען ארויס זאגן דעם אייבערשטנ'ס נאמען, אבער אז חז"ל ברענגען נאר אראפ דעם האלבן פסוק, זאגט מען נישט ארויס דעם נאמען, נאר מען זאגט 'השם', אזוי אויך ווען עס איז דא נאך א גירסא קען מען זאגן ביידע גרסאות.


דער עיקר זאלסטו זען זיך מחזק צו זיין און גלייבן אינעם אייבערשטן; דער רבי זאגט אז ווען א מענטש האט אמונה - ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און קיינער קען גארנישט טון פארן מענטש, נישט קיין גוטס און זיכער נישט קיין שלעכטס אן דעם איייבערשטער, איז דער אייבערשטער אים מוחל אויף אלע עבירות.


נעכטן האבן די בחורים אנגעפאנגען דא אין ישיבה צו לערנען מסכת תענית; איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן פון וויינען, איך האב געזאגט פארן אייבערשטן: "קוק ווי שטארק די בחורים ווילן חתונה האבן! קוק דא בחורים וואס האבן נישט קיין זיץ פלייש, א גאנץ יאר קענען זיי נישט זיצן קיין גאנצע פינף מינוט אויף איין פלאץ, און יעצט ווען זיי הערן א צוזאג פון א צדיק, זיצן זיי שעות אויף שעות צו ענדיגן די מסכת, עס זענען דא בחורים וואס עס נעמט זיי פינף זעקס שעה צו ענדיגן, דאך ווילן זיי דאס טון ווייל זיי ווילן זיין ערליך און אפגעהיטן פון עבירות, דא קען מען זען אז אלע בחורים ווילן זיין גוט, אלע ווילן זיין ערליך".


 דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.