שאלה אין קורצן ענין
#6 - וואס זאל איך רעדן מיט מיינע תלמידים אין חודש אלול?
חינוך הילדים, תשובה, בין אדם לחבירו, ראש השנה, חודש אלול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך ממש מחי' געווען מיט די בריוו איבער וואס צו רעדן מיט מיינע תלמידים אין די ימי בין המצרים, און איך האב ברוך ה' געפאלגט אלעס וואס איז דארט געשטאנען. יישר כח.


יעצט האב איך געוואלט פרעגט ווי אזוי און וואס מ'זאל רעדן מיט די קינדער, מיינע תלמידים זענען 8 יאר אלט, אין די טעג פון חודש אלול, פאר די הייליגע טעג.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אפאר ווערטער לתועלת די תלמידים.


יישר כח און א כתיבה וחתימה טובה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין דיר אזוי מקנא מיט דיין הייליגע ארבעט; דו זיצט מיט קליינע קינדער, ריינע נשמות, אכט יעריגע קינדער וואס ווייסן נאך נישט פון קיין פראבלעמען אין לעבן, זיי שלינגען יעדעס ווארט וואס דער מלמד זאגט, יעדעס ווארט פונעם מלמד גייט אריין טיף טיף אין זייערע ריינע הערצער.


א מלמד וואס האט די ריכטיגע הקדמות, ער ווייסט ווי אזוי צו רעדן און וואס צו רעדן - קען ער ברענגען די קינדער צו א מורא'דיגע שטארקייט, די קינדער וועלן אויפוואקסן גרויסע צדיקים, זיי וועלן וויסן זייער גאנץ לעבן די וועג ווי אזוי זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.


לייג אריין אין די קינדער דאס גרויסקייט פון תשובה; דער אייבערשטער שטייט און ווארט מען זאל אים איבערבעטן, מען זאל אים צוזאגן אז מען גייט זיין וואויל. לייג אריין אין די קינדער דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי ער וויל נאר גוטס, ער וויל נישט שטראפן אידישע קינדער, ער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים.


דערצייל זיי מעשיות פון די הייליגע חכמים איבער דאס גרויסקייט פון תשובה, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, זיי האבן קיינמאל נישט אויפגעגעבן אויף קיין שום מענטש; ווי ווייט מען איז פארקראכן קען מען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


רעד נישט צו זיי קיין הויכע זאכן; עבודות פון צדיקים פון תעניתים און סיגופים. רעד צו זיי דעם רבינ'ס ווערטער, די פשוט'ע וועג פון תשובה, ווי דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען זאגט ארויס פשוט'ע ווערטער: "איך וויל זיין גוט", "איך גיי שוין זיין גוט", "איך גיי מער נישט טון די עבירה", וואס דעמאלט איז דער אייבערשטער גלייך מוחל דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות.


אין די זעלבע צייט זאלסטו זיי אויסלערנען דאס הארבקייט פון טשעפען א חבר; ווייל אויף אלע עבירות קען מען תשובה טון, פון אלע פראבלעמען קען מען ארויסגיין, אבער עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ (יומא פה:), אויב מען טוט וויי א צווייטן העלפט נישט קיין תשובה נאר מען מוז יענעם איבערבעטן און יענער דארף מוחל זיין.


זאלסט אסאך רעדן צו די קינדער זיי זאלן אכטונג געבן נישט וויי צו טון א חבר און נישט לאכן פון א חבר; קינדער זענען קינדער און אז מען רעדט נישט צו זיי דערפון ווייסן זיי נישט, און אז זיי ווייסן נישט קענען זיי נכשל ווערן אין פארשעמען אנדערע קינדער השם ישמרינו און אלעס איז דער מלמד שולדיג, ווייל מען רעדט נישט גענוג פון די הארבקייט פון די עבירה.


לייג אריין אין די קינדער דאס גרויסקייט פון בלאזן שופר, ווי דער שטן ווערט דערפון צעטומלט און צעמישט; א גאנץ יאר גרייט ער זיך אן פעק און זעק פון עבירות, ער ווארט אויף ראש השנה צו קומען טענה'ען קעגן אידישע קינדער און ווען מען בלאזט שופר ווערט ער אזוי דערשראקן, ער מיינט אז משיח איז געקומען און מען גייט אים שוין שחט'ן - לויפט ער אוועק, ער לויפט זיך באהאלטן און דער אייבערשטער איז מוחל אלע עבירות.


עס איז דא אסאך וואס צו רעדן צו קינדער אבער די פאר פונקטן זענען זייער וויכטיג; דאס איז דער עיקר פון אידישקייט, די קינדער זאלן וויסן אז עס איז שטענדיג דא א וועג ווי אזוי מען קען זיך גלייך צוריקקערן צום אייבערשטן און אכטונג געבן אויף אנדערע מענטשן זיי נישט וויי צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#5 - ווי אזוי קען איך זיך אויסקומען מיט מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, קינדער, כעס, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א יונגער בחור, איך לערן ב"ה אין א גוטע ישיבה, און איך הער אסאך די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן. יישר כח.


איך האב א פראבלעם וואס שטערט מיר זייער שטארק. מיין טאטע איז א גרויסער ביזנעס מאן, און ער איז זייער פארנומען און איבערגעשטרענגט כסדר. אסאך מאל ווען ער קומט אהיים שרייעט ער אויף מיר קולות וברקים, און אסאך מען רעדט ער יא זייער שיין צו מיר, ער נעמט מיר ארום און שמועסט שיין מיר מיר, אבער נאכדעם איז ווידער צוריק צום שרייען, ער שרייעט ווייטער מיט קולות וברקים אויף מיר. און אזוי גייט עס אלץ אהין און צוריק.


איך שפיר אז איך ווער ממש צעריסן פון דעם, און בעט דעם ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק צו זיין און זאגן וואס איך דארף צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איין זאך בעט איך דיר, זאלסט קיינמאל נישט ענטפערן מיט חוצפה פאר דיינע עלטערן ווען זיי שרייען אויף דיר; עס איז א גרויסע עבירה אויב מען איז זיך מתחצף פאר די עלטערן און מען באקומט אויף דעם א גרויסער עונש השם ישמרינו. עס איז נישט קיין חילוק ווער עס איז גערעכט, אפילו דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט טאר מען נישט צוריק ענטפערן פאר טאטע מאמע.


בנוגע דיין טאטע וואס שרייט אויף דיר וכו' און דו שפירסט ממש ווי דו ווערסט צעריסן פון דעם; נעם נישט פערזענליך ווען איינער שרייט אויף דיר וועט דיר עס נישט אזוי וויי טון. דער עיקר פון וואס דו ווערסט צעריסן ווען מען שרייט אויף דיר איז ווייל דו נעמסט עס פערזענליך און דו מיינסט אז דאס איז דיין פראבלעם, יעדעס מאל ער שרייט אויף דיר ווערסטו פון דעם אראפגעקלאפט, ער מאכט דיר שפירן ווי דו ביסט א פעלער וכו'. אבער אז דו וועסט אריין נעמען ביי דיר אין קאפ אז דו ביסט נישט שולדיג, נאר וויבאלד דיין טאטע איז פשוט איבער געשטרענגט וכו' שרייט ער און באזידלט דיר, וועט דאס דיר בכלל נישט שטערן.


איך ווייס פון א ברסלב'ער חסיד וואס האט אסאך מחלוקת, יש דורשין אותו לשבח ויש דורשין אותו לגנאי, טייל מענטשן רימען אים כסדר און א טייל שפעטן פון אים, זאגט דער ברסלב'ער חסיד שטענדיג: "ווען מענטשן רימען מיר ווער איך נישט נתפעל דערפון כדאי אז ווען מען וועט לאכן פון מיר זאל מיר דאס נישט צעברעכן". "איך ווייס קלאר - זאגט דער ברסלב'ער חסיד – אז די וואס שרייען און צעקלאפן א צווייטן איז דאס זייער אייגענע חסרון, זיי דארפן נאך אביסל אויסארבעטן זייערע מידות, און ווידעראום די וואס רעדן שיין און קאמפלימענטן איז דאס איז זייער אייגענע מעלה", זיין גאנצע חיות איז פונעם אייבערשטן און איז נישט געבויעט אויף מענטשן; פרוביר אויס דעם וועג וועסטו לעבן פרייליך און צופרידן, דו וועסט נישט ווערן צעבראכן פון קיינעם אויף די וועלט.


נעם אריין אין זיך די אמונה און חזר זיך א גאנצן טאג די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", זינג עס מיט'ן ניגון, זינג עס אויף דיין שפראך, אויף אידיש: "אלעס איז דער אייבערשטער; עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס איז ער; קיינער קען גארנישט טון אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל אזוי באפעלן", דורכדעם וועט דיר זיין גרינגער דאס לעבן.


נאכאמאל בעט איך דיר און איך ווארן דיר, זאלסט קיינמאל נישט ענטפערן פאר דיינע עלטערן מיט חוצפה, אפילו זיי זענען נישט גערעכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - אויף וועלכע עבירות העלפט דער "תיקון הכללי"?
תשובה, תיקון הכללי, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן אויב די "תיקון הכללי" איז נאר פאר מקרה לילה רחמנא ליצלן, אדער איז דאס אויך א תיקון פאר אנדערע עבירות, ווי למשל חילול שבת, גניבה, שקר, און אזוי ווייטער.


יישר כח, שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שלמה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת דער רבי האט מגלה געווען די 'תיקון הכללי' האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל צדיקים זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון".


א מענטש וואס וויל פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי" - די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ], דאס איז א תיקון אויף אלע עבירות בכלליות; יעדע עבירה האט זיין ספעציעלע תיקון ווי אזוי מען איז דאס מתקן אבער דער תיקון הכללי איז כלול פון אלע תיקונים.


דער רבי האט געזאגט (שם): "צען קאפיטל תהילים צו זאגן איז נישט קיין שווערע זאך, דאך, וויבאלד איך האב דאס געהייסן זאגן וועט דאס אנקומען זייער שווער צו זאגן"; ובעוונותינו הרבים איז עס מקיום געווארן אז רוב וועלט זאגט דאס נישט צוליב די מחלוקת וואס עס איז דא אויפן רבי'ן, עיין שם.


דו פרעגסט צי 'תיקון הכללי העלפט אויף חילול שבת, גניבה וכו'?' דו כאפסט צוזאמען עבירות שבין אדם למקום און עבירות שבין אדם לחבירו; אויף עבירות וואס עס איז צווישן דעם מענטש מיטן אייבערשטן - אויף דעם העלפט תיקון הכללי, אבער ווען איינער טוט איינעם וויי, מען גנב'ט, אדער מען בארגט געלט און מען צאלט נישט צוריק אויף דעם העלפט נישט קיין תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פה:): "עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם כִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ", עס וועט גארנישט נוצן ביז ווי לאנג מען פאררעכט וואס מען האט געטון און מען טוט תשובה; סיי מען בעט מחילה און מען דארף באצאלן די גניבה וכו'.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - ווי אזוי פירט מען זיך אין די ספירה טעג?
מחלוקת, ספירה, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


כ'האב אמאל געהערט א שיעור פון א רב איבער הלכות בין המצרים, און ער האט געזאגט אז דער איסור פון הערן ניגונים אין בין המצרים איז נאר פרייליכע ניגונים, וואס דאס ווערט אנגערופן מחולות, אבער ווארימע ניגונים מעג מען יא. ערגעץ האב איך אבער געליינט אז מען טאר נישט, וויל איך וויסן וואס די הלכה איז ביי דעם.


יישר כח.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין די ספירה טעג זענען מיר מתאבל אויף די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון דעם הייליגן תנא רבי עקיבא וואס זיי זענען אויסגעשטארבן אין די טעג פון ספירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם דערציילן (יבמות סב:): "שְׁנַיִם עָשָׂר אֶלֶף זוּגִים תַּלְמִידִים הָיוּ לוֹ לְרַבִּי עֲקִיבָא", פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים האט ר' עקיבא געהאט, "וְכֻלָּן מֵתוּ בְּפֶרֶק אֶחָד מִפְּנֵי שֶׁלֹא נָהֲגוּ כָּבוֹד זֶה לָזֶה, וְהָיָה הָעוֹלָם שָׁמֵם", און אלע פון זיי זענען געשטארבן אין איין צייט ווייל זיי האבן זיך נישט מכבד געווען איינער דעם צווייטן, און די וועלט איז געווען דעמאלט וויסט פון תורה; דאס איז געווען אין די טעג פון ספירה. דעריבער האלטן מען אין די טעג אבילות, מען הערט נישט קיין מוזיק, מען מאכט נישט קיין חתונות און מען באנייט נישט קיין נייע קליידער וכו'.


אין די טעג דארפן מיר זיך שטארקן און אריינטראכטן ווי אזוי מיר פירן זיך אויף בין אדם לחבירו; מען זאל זען מער אכטונג געבן אויף א צווייטן און נישט טשעפען א צווייטן, אזוי וועלן מיר פארעכטן וואס זיי האבן פוגם געווען. ווייל די תלמידים פון ר' עקיבא האבן זיך נישט געקענט סובל זיין איינער דעם צווייטן, זיי האבן געקוקט מיט א שלעכט אויג איינער אויפן צווייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סא, ג): "שְׁנֵים עָשָׂר אֶלֶף תַּלְמִידִים הָיוּ לְרַבִּי עֲקִיבָא מֵעַכּוֹ וְעַד אַנְטִיפְרָס, וְכֻלָּם בְּפֶרֶק אֶחָד מֵתוּ, לָמָּה? שֶׁהָיְתָה עֵינֵיהֶם צָרָה אֵלּוּ בְּאֵלּוּ"; דאס דארפן מיר פארעכטן אין די איצטיגע טעג.


דער הייליגער אריז"ל זאגט (לקוטי תורה, בלק): די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון רבי עקיבא וואס זענען געשטארבן אין די טעג פון ספירה, דאס זענען גלגולים פון די פיר און צוואנציג טויזענט מענטשן וואס זענען געשטארבן ביי די מגיפה פון די עבירה פון זמרי בן סלוא; ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין ניאוף ווערט אים דער מח פארדרייט, ער הייבט זיך אן קריגן מיט א צווייטן, ער הייבט אן קוקן שלעכט אויף א צווייטן און ער איז מקנא א צווייטן. נאכדעם הייבט ער אים אן פיינט צו האבן ביז מען קומט צו רציחה ממש רחמנא לצלן; מען זעט אז די ראשי תיבות פון ש'נאה, ק'נאה און ר'ציחה איז ש'ק'ר', דאס איז די סיבה פארוואס א מענטש קריקט זיך מיט א צווייטן, אלעס ווייל ער ליגט אין ניאוף.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא ט.): דער ערשטער בית המקדש איז חרוב געווארן ווייל זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבע עבירות, דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן נאר וועגן שנאת חנם, פירט די גמרא אויס: "וַעֲדַיִן מְרַקֵּד בֵּינָן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ליב צו האבן איינער דעם צווייטן און אנטלויפן פון מחלוקת, אזוי וועלן מיר קענען ברענגען משיח צדקינו.

#2 - אויב רעדט מען לשון הרע, פארלירט מען אלע זכותים?
תשובה, בין אדם לחבירו, לשון הרע, חודש אלול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אז ווען מ'רעדט לשון הרע, גייען אלע אונזערע מצות און זכותים צו דעם אויף וועמען מ'האט גערעדט. איך האב נעכטן געהערט א געוואלדיגע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר פרויען, ווי מ'האט גערעדט אז די פרויען קומען מיט פעק און זעק פול מיט זכותים פון גידול בנים, טהרת המשפחה, און נאך. איך ארבעט זייער שווער אויף שמירת הלשון, אבער פון מאל צו מאל קען מען אראפ פאלן, דאס מיינט אז איך האב שוין נישט קיין זכותים? אפשר רעד איך לשון הרע בטעות אין חודש אלול אליינס, מיינט דאס אז איך האב נאר א פאר וואכן פון זכותים, נישט פון די גאנצע יאר?


די שאלה ממש נעמט צו מיין מנוחת הנפש. איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים (חובות הלבבות שער הכניעה פרק ז, און אין נאך ספרים) אז ווען מען רעדט לשון הרע אויף א צווייטן מענטש נעמט מען אוועק אלע מצוות און מעשים טובים פון דער מענטש וואס רעדט לשון הרע און מען טראגט עס פאר'ן מענטש וואס מען רעדט אויף אים שלעכטס, אזוי אויך נעמט מען אלע עבירות וואס יענער מענטש האט געטון און מען ברענגט עס צו דעם מענטש וואס רעדט לשון הרע; מיט דעם טייטשט מען, דוד המלך קרעכצט (תהילים סט, יג): "יָשִׂיחוּ בִי יֹשְׁבֵי שָׁעַר, וּנְגִינוֹת שׁוֹתֵי שֵׁכָר", די אלע וואס זיצן אין די גאסן רעדן אויף מיר שלעכטס, און די אלע וואס טרינקען אין טרינק הייזער - רעדן אויף מיר שלעכטס; דוד המלך רעדט זיך אויס אז די אלע וואס רעדן שלעכטס אויף אים זענען ליידיגע מענטשן וואס האבן נישט קיין מצוות, קומט אויס אז דוד המלך איז גארנישט מרוויח פון דעם, ער האט נישט וואס צוצונעמען פון זייערע מצוות.


אבער וויסן זאלט איר אז אויב מען טוט תשובה, מען האט חרטה אויף אלעס וואס מען האט געטון און מען נעמט זיך פאר מער נישט צו רעדן - דעמאלט באקומט מען צוריק אלע מצוות און מעשים טובים. אזוי ברענגט דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו (ספר דברי יואל פרשת מצורע, דף תנא): "אָמְנָם אִם הַמְסַפֵּר לָשׁוֹן הָרָע חוֹזֵר בִּתְשׁוּבָה", אויב דער וואס רעדט לשון הרע טוט תשובה, "אֲזַי שָׁבִים כָּל מִצְווֹתָיו אֵלָיו", דעמאלט קומען צוריק אלע מצוות צו אים, "וְהַכֹּל עַל מְקוֹמוֹ הָרִאשׁוֹן יָבֹא", און אלעס ווערט צוריק אזוי ווי פריער.


דעריבער אז איר האט מורא וואס וועט זיין מיט אלע אייערע זעק און פעק פון מצוות און מעשים טובים וואס איר האט געטון א גאנץ יאר וואס איר האט פארלוירן ווען איר האט גערעדט שלעכטס וכו'; אויב איר טוט תשובה, איר נעמט זיך פאר מער נישט צו רעדן שלעכטס אויף אנדערע און איר בעט איבער דעם וואס איר האט וויי געטון - וועט צוריק קומען צו אייך אלע אייערע מצוות און גוטע מעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - ווי אזוי נעם איך אראפ די קללה אז איך וועל נישט טרעפן מיין שידוך?
שידוכים, טשעפען, בין אדם לחבירו, קללות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס א תלמיד פון ישיבה וויל איך אנוואונטשן א מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה אז נאך א בחור פון ישיבה איז געווארן א חתן, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה זאל זען אסאך אידיש נחת ביי מיר און ביי אלע תלמידים.


ברוך ה' אז א דאנק דעם ראש ישיבה'ס עצות און לימודים ווער איך נישט צעבראכן ווען א בחור וואס איזיונגער פון מיר ווערט א חתן, ווייל דער ראש ישיבה חזר'ט שטענדיג אז יעדער איינער האט זיין זיווג און קיינער קען נישט צונעמען מיין באשערטע זיווג.


וואס ברענגט מיך יעצט צו שרייבן דעם בריוו איז, אז איך בין באזארגט וועגן מיין שידוך צוליב א צווייטע סיבה, און דאס מאכט מיך שוין יא צעבראכן.


דאס איז פארגעקומען פאריאר ווען דער ראש ישיבה האט מיך איינמאל אנגעשריגן אז "איך וועל נישט קענען חתונה האבן בעפאר נאך עטליכע יאר!", דער זאץ קלינגט מיר שטענדיג אין די אויערן, און איך ווער ממש משוגע פון דעם.


דערפאר קום איך מיט א צעבראכן הארץ פרעגן דעם ראש ישיבה אויב איז דא עפעס אויף די וועלט וואס קען אראפנעמען פון מיר די קללה, אדער האב איך נישט קיין ברירה נאר אויסווארטן נאך אפאר יאר ביז די קללה וועט אוועקגיין, און דעמאלט זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג.


יישר כח פאר מיין לעבן, א גוט שבת.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך שעלט נישט קיינעם; איך פארגין דיר דו זאלסט שוין חתונה האבן און איך דאווען פאר דיר יעדן טאג דו זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


דאס וואס איך האב דיר געזאגט פאריאר אז דו וועסט נאך דארפן לאנג ווארטן אויף דיין שידוך; ווייל דו האסט פארגאסן אידיש בלוט אין ישיבה. דו האסט ארויס געלאזט א שמועה אויף אן אומשולדיג בחור אז ער ווערט א חתן צו משפחת ..., דער בחור איז געקומען צו מיר וויינען אז ער איז א חוזק פאר אלע בחורים, איך האב נישט געוואוסט ווער עס האט געמאכט די ליצנות, האב איך געזאגט אז דער וואס האט דאס געמאכט וועט נאך דארפן ווארטן אויף זיין שידוך. ווייל אז מען טשעפעט א צווייטן, מען מאכט וויינען א צווייטן - באצאלט מען נאכדעם א טייערע פרייז.


מיר געפונען ביי אלקנה אז ער האט געהאט צוויי ווייבער - פנינה און חנה, פנינה האט געהאט צען קינדער און חנה איז געווען אן עקרה, זי האט נישט געהאט קיין קינדער. שטייט אין פסוק (שמואל-א א, ו) אז פנינה האט געטשעפעט חנה: "וְכִעֲסַתָּה צָרָתָהּ גַּם כַּעַס בַּעֲבוּר הַרְּעִמָהּ", זאגט רש"י אז זי האט איר געפרעגט: "כְּלוּם קָנִיתָ הַיוֹם מַעֲפוֹרֶת לְבִנְךָ הַגָּדוֹל?" האסט געקויפט א ווארימע קלייד פאר דיין קינד? "אוֹ חָלוּק לְבִנְךָ הַקָטָן?" האסט געקויפט א העמד פאר דיין בעבי? זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בבא בתרא טז.): "פְּנִינָה לְשֵׁם שָׁמַיִם נִתְכַּוְנָה", פנינה האט אינזין געהאט לשם שמים, זי האט געוואוסט אז ווען א מענטש וויינט ווערן זיינע תפילות גלייך אנגענומען ביים אייבערשטן, דערפאר פלעגט זי טשעפען חנה כדי זי זאל וויינען און זי זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער; למעשה איז חנה טאקע געהאלפן געווארן, זי האט זוכה געווען צו זיין די מאמע פון שמואל הנביא, אבער אין די זעלבע צייט האט פנינה פארלוירן אלע אירע קינדער, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א ב, ה): "עַד עֲקָרָה יָלְדָה שִׁבְעָה וְרַבַּת בָּנִים אֻמְלָלָה", זעט מען ווי הארב עס איז צו טשעפען א צווייטן.


למעשה איז ... נרו יאיר שוין א חתן געווארן, ער האט שוין חתונה געהאט און נאך אביסל איז ער שוין א טאטע קיין עין הרע; יעצט דארפסטו אים איבערבעטן, פאל אים צו די פוס ער זאל דיר מוחל זיין, און זאג צו פארן אייבערשטן אז דו וועסט קיינמאל נישט מאכן קיין געלעכטער פון א צווייטן.


איך זאג דיר נאכאמאל: "איך שעלט נישט!" דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות קללה, חלק ב', סימן א): "הָרָגִיל בִּקְלָלוֹת הוּא מֵעוֹלָם הַתֹּהוּ", דער וואס שעלט איז פון עולם התוהו; אבער אז מען טשעפעט א צווייטן, מען מאכט א שפיל ווי איינער ווערט א חתן, מען פארגיסט יענעמס בלוט - אויף דעם באצאלט מען א פרייז.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יד:): "כָּל מָקוֹם שֶׁאַתָּה מוֹצֵא שְׁנֵי מִקְרָאוֹת אֶחָד מְקַיֵים עַצְמוֹ וּמְקַיֵּם דִּבְרֵי חֲבֵירוֹ וְאֶחָד מְקַיֵים עַצְמוֹ וּמְבַטֵּל דִּבְרֵי חֲבֵירוֹ, מַנִּיחִין אֶת שֶׁמְּקַיֵּם עַצְמוֹ וּמְבַטֵּל חֲבֵירוֹ, וְתּוֹפְסִין אֶת שֶׁמְּקַיֵּם עַצְמוֹ וּמְקַיֵּם חֲבֵירוֹ"; אז איינער זוכט זיך צו דערהאלטן און אויך דערהאלטן זיינע חברים - אזא איינער האט הצלחה, אבער אז איינער בויט זיך אויף און ער איז מבטל זיין חבר - איז מען אים אויך מבטל.


הלואי זאלסטו אריין ברענגען צווישן דיינע חברים אז מען ווערט נישט גרויס ווען מען לאכט פון א צווייטן, מען ווערט נישט חשוב ווען מען שפעט פון א צווייטן; שלמה המלך זאגט (משלי כו, יח): "כְּמִתְלַהְלֵהַּ הַיֹּרֶה זִקִּים חִצִּים וָמָוֶת", אזוי ווי איינער שיסט פיילן אויף א צווייטן יענעם צו הרג'נען, "כֵּן אִישׁ רִמָּה אֶת רֵעֵהוּ וְאָמַר הֲ‍לֹא מְשַׂחֵק אָנִי", אזוי אויך איז דער וואס שפעט פון זיין חבר און ווען דער חבר כאפט אז ער מאכט חוזק פון אים זאגט ער: "הֲ‍לֹא מְשַׂחֵק אָנִי", איך מיין עס נישט ערנסט; למעשה איז יענעמס בלוט פארגאסן געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן לעבן מיט אלעמען בשלום; מיר זאלן געדענקען וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך בעט אין זיין תפילה (תפילה קודם התפילה): "תֵּן בְּלִבֵּנוּ שֶׁנִּרְאֶה כָּל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵינוּ וְלֹא חֶסְרוֹנָם", רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל זען נאר דאס גוטס ביי א צווייטן, איך זאל נישט זען יענעמס פעלערן, "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", איך זאל רעדן שיין צו א צווייטן, "וְאַל יַעֲלֶה שׁוּם שִׂנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרוֹ חָלִילָה", און איך זאל נישט פיינט האבן א צווייטן.


דאס דארפן מיר בעטן שטענדיג - מיר זאלן נישט פיינט האבן א צווייטן איד, מיר זאלן קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן איד, מיר זאלן נאר זוכן ווי אזוי מיר קענען טון א טובה פאר א צווייטן איד, אזוי וועלן מיר ארויס גיין פון דעם ביטערן גלות און מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן.


דער הייליגער בעל התניא האט נאכגעזאגט פון זיין רבי'ן דער הייליגער מגיד פון מעזריטש וואס האט געהערט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט און לעבט דא אפ זיבעציג אכציג יאר - נאר כדי א טובה טון פאר א צווייטן איד"; הער ווערטער וואס הייסט א טובה טון פאר א צווייטן איד, "עס לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר אבי א טובה צו טון פאר א צווייטן!"


זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.