שאלה אין קורצן ענין
#6 - ווי אזוי קען האלטן מיין שטוב, און זיך נישט גט'ן?
עבודת השם, תשובה, קינדער, שלום, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א.


איך האף אז דער ראש ישיבה וועט האבן צייט צו ליינען מיין בריוו, איך פיל א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די צייט וואס דער ראש ישיבה האט געגעבן פאר מיר, מיין ווייב, און מיינע קינדער, איך האף אז איך ווער כאטש פאררעכנט פונעם רבינ'ס מענטשן פאר די קויליטשעס כאטשיג. איך האב דערווייל נאכנישט זוכה געווען מקיים צו זיין וואס מ'האט מיר געלערנט, אבער איך וויל כאטש.


איך האב אויך זייער געוואלט זיין ראש השנה אין אומאן אבער איך האב זיך אויסגעדרייט אינמיטן וועג ווען דער ראש ישיבה האט געהייסן, און איך דארף אסאך חיזוק אויף דעם וואס איך האב נישט געקענט זיין דארט.


דער ראש ישיבה ווייסט מיין מצב, און ווען איך האב גערעדט צו איינע פון מיינע קינדער אז מען גייט זיך טיילן האב איך ערשט איינגעזען אין די ווערטער אז גט'ן איז נישט די עצה. איך וועל פרובירן אלעס וואס איך קען צוריקצודרייען און נעמען וואס מער חיזוק פונעם ראש ישיבה צו האבן א שיין לעבן.


איך בין שוין געווען ביי די גרעסטע און טייערסטע טערעפיסטן און שלום בית מאכערס פאר אזויפיל געלט, און איך ווייס אז איך האב נישט נאך א פלאץ אויסער היכל הקודש. איך נעם זיך אונטער צו געבן פאר היכל הקודש כאטש אזויפיל וויפיל איך האב שוין געטיילט פאר אלע טעראפיסטן בלי נדר.


ביזדערווייל האב איך היינט נאכאמאל אנגעפאנגען לייגן תפלין יעדן טאג. איך וויל וויסן ווי לאנג זאל איך מיך האלטן צו דעם פאר איך נעם זיך אונטער די קומענדיגע זאך. איך בעט זייער אויב דער ראש ישיבה קען מתפלל זיין פאר מיר און מיין ווייב און קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האף דו וועסט איינמאל פאר אלעמאל ארויסקלאפן פון קאפ די בייזע רוח וואס לויפט דיר נאך שוין א לאנגע צייט - זיך צו גט'ן; וואלסטו נישט געהאט קיין קינדער וואלט איך זיך נישט אריין געמישט, אבער אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן זיסע קינדער שפיר איך א פליכט איך זאל דיר צוריק האלטן פון זיך גט'ן, דו טארסט דאס נישט טון פאר דיינע קינדער.


ווען עלטערן גט'ן זיך - ליידן די קינדער, די קינדער פאלן קרבנות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח; פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: "פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש, פארוואס וויינט נישט דער שלחן, די מנורה, די ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: 'מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות..."


אז עס איז דיר שווער מיט דיין ווייב זאלסטו זיך אליינס פארבעסערן; אז דו וועסט זיך פארבעסערן, דו וועסט אנהייבן גיין אין די וועג פון די תורה וועט זי זיך טוישן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): אויפ'ן פסוק (בראשית ב, יח) "אֶעֱשֶׂהּ לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זָכָה - עוֹזַרְתּוֹ, לֹא זָכָה - כְּנֶגְדּוֹ; אז מען איז זוכה איז די ווייב מיט איר מאן און זי העלפט אים, אויב איז מען נישט זוכה איז די ווייב א כנגדו, אלעס טוט זי פארקערט פונעם מאן; אלעס איז אנגעהאנגען אין דיר, אז דו וועסט אפלאזן דיינע שלעכטע וועגן, דו וועסט צוריק קומען צום אייבערשטן, אנטון תפילין יעדן טאג, דאווענען שחרית, מנחה און מעריב, זיך קובע זיין שיעורים אין די הייליגע תורה - וועט זיך אלעס טוישן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - וואס טוט מען ווען די ווייב געבט אויס אסאך געלט אן רשות?
שלום בית, אידיש געלט, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין שאלה איז ווי אזוי מען געבט מען זיך אן עצה מיט א ווייב וואס טוט ווילדע זאכן. ווי למשל אז זי מאכט יעצט איבער די גאנצע הויז אן פרעגן רשות פון מיר צי זי מעג עס טוען, אין די צייט וואס איך האב איר קלאר געזאגט אז יעצט איז נישט די צייט פאר דעם, ס'איז שווערע צייטן און איך מאך קוים פרנסה, איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן און אזוי ווייטער. און נאך מער אז כאטש וואס זי ארבעט און מאכט געלט, וויל זי אבער נאר נעמען די גאנצע געלט פון מיר.


איך האב שוין פרובירט צו רעדן מיט שיינעם, עס העלפט אבער נישט, די ארבעט גייט שוין אן אין פולן שוואונג אן מיין רשות.


ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טו אלעס אויף די וועלט אז דיין שטוב זאל בלייבן גאנץ.


פרוביר צו רעדן צו דיין ווייב שיינערהייט, רעד ווייכע ווערטער צו איר, געב איר צו פארשטיין ווי שווער עס איז דיר יעצט דיין מצב הפרנסה, זאג איר אז דו וועסט איר אלעס נאכגעבן ווען דו וועסט האבן געלט. און אז דו זעסט אז עס איז נישטא מיט וועם צו רעדן, זי איז פאר'עקשנ'ט, זי האט שוין אליינס גערופן די בעלי מלאכה און אנגעהויבן איבערבויען די הויז אן דיין רשות - זאלסטו זיך אנשטרענגען און טון אלע מיטלען אז דיין שטוב זאל נישט צעפאלן.


לאז זיך נישט פארפירן פון טעראפיסטן וואס זוכן צו מאכן געלט פון צרות ישראל און ביים סוף ווארפן זיי אראפ דעם מענטש אין א טיפן גרוב, זיי רעדן צו מען זאל זיך גט'ן; אך און וויי פאר די וואס פאלן אריין אין זייערע הענט, זיי האבן נישט קיין רחמנות אויף קיינעם. ווען זיי הערן אויס צרות ישראל איז דאס נישט מיט הארץ צו העלפן דעם מענטש, דאס איז זייער פרנסה, זיי צעטיילן שטובער; יעדער ליידט פון די טעראפיסטן און שלום בית מאכערס, סיי דאס פארפאלק און נאך מער די קינדער.


איך בעט דיר זייער, נעם אן מיינע ווערטער; איך שרייב דא אן קיין שום נגיעות, איך ווייס נישט ווער איר זענט און ווער אייער פרוי איז, איך וויל אייך פשוט ראטעווען פון אנקומען צו בלייבן אליין, איך וויל ראטעווען אייער שטוב, אייערע קינדער זאלן נישט ליידן זייער גאנצע לעבן.


די וועג פון די תורה איז אז דער מאן זאל טון אלעס אויף די וועלט אז זיין ווייב זאל זיין פרייליך און צופרידן. דער הייליגער צדיק רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", איך האב געזען ביי מיין הייליגע רבי דער אריז"ל, "שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", ווען עס איז געקומען צו קויפן קליידער פאר זיך אליינס, האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד", אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְּאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ", ער האט איר צופרידן געשטעלט אינגאנצן, וואס זי האט געוואלט האט ער איר געגעבן, "אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון.


דאס איז די וועג פון די תורה, דער מאן זאל טון אלעס אויף די וועלט אז זיין ווייב זאל זיין צופרידן; אפילו זי איז נישט גערעכט, זי געבט אויס געלט וואס איז נישט דא. עס איז אונזער ארבעט מיר זאלן האלטן די שטוב מיט אלע כוחות עס זאל נישט צעפאלן, דאס האט אונז מוהרא"ש געלערנט אלע יארן און דאס לערנט מען ווייטער אין היכל הקודש, נאכאמאל און נאכאמאל, מען זאל אכטונג געבן אויף די שטוב.


נאך א כלל האט מוהרא"ש אונז געלערנט און ווער עס לעבט מיט דעם כלל האט א גוט לעבן. מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "א פרוי איז שטענדיג גערעכט"; מוהרא"ש האט אונז געלערנט און אונז געווארנט מיר זאלן נישט גיין אין ויכוחים מיט די ווייב, נישטא קיין טענה'ען און נישטא קיין אויפווייזן, אפילו זי איז געפאלן אויפ'ן קאפ און געפאלן אויפ'ן נאז, זי זאגט בייטאג אז יעצט איז נאכט - זאל מען נישט טענה'ען מיט איר נאר איר געבן גערעכט: "יא יא, יעצט איז נאכט, לאמיר ארויסגיין מחדש זיין די לבנה", ביז זי וועט אליינס זאגן: "עס איז נישטא קיין לבנה, איז א סימן אז עס איז יא נאכט".


מוהרא"ש פלעגט דאס האלטן אין איין חזר'ן מיט אונז, ער פלעגט אלץ געבן די משל, אז עס איז נאכט אין די פרוי זאגט "יעצט איז טאג" - זאלסטו נישט טענה'ען מיט איר, געב איר גערעכט, זאג איר: "יא יא, יעצט איז טאג, לאמיר גיין אביסל אונטער די זון זיך אפבראטן וכו'", ביז זי אליינס וועט זאגן: "איך האב געמאכט א טעות, יעצט איז נאכט, עס איז נישטא קיין זון"; עס זעט אויס מאדנע, אבער דער וואס פירט זיך אזוי האט א לעבן.


וויסן זאלסטו אז די אלע חברים אדער משפחה מיטגלידער וואס העצן דיר אונטער: "גיי גט זיך", זיי רעדן דיר צו: "לאז איר אפ", "זי איז א שקלאפטע", "וויפיל איז די שיעור צו ליידן? וכו' וכו'", די אלע זענען גוט ווילאנג דו האסט זיך נישט גע'גט, איינמאל מען בלייבט אליין וועסטו נישט האבן וואו צו גיין, דו וועסט זיך וואלגערן פון איין שטוב צום צווייטן, דו וועסט ווערן דערביטערט השם ישמרינו.


דעריבער אז זי האט שוין אנגעהויבן איבער בויען דיין הויז אן רשות, זי פירט זיך נישט ריכטיג, די גאנצע געלט נעמט זי דיר אוועק - זאלסטו זען אז כאטשיג זאלסטו בלייבן מיט א שטוב, זאלן דיינע קינדער בלייבן מיט א שטוב.


איך האף אז דו וועסט אננעמען די ווערטער וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - דארף א גרושה זיך שערן די האר?
שידוכים, שערן די האר, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן דאנק פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס געבן מיר אסאך חיזוק אין לעבן.


איך בין א גרושה, און איך וויל וויסן אויב איך דארף זיך נאכאלץ שערן די האר. אויך דארף איך נאך חיזוק צו בעטן דעם אייבערשטן, איך האלט אין איין בעטן דעם אייבערשטן איך זאל טרעפן א שידוך, איך בין שוין אויך געווען ביים ציון פון מוהרא"ש און אויסגעזאגט גאנץ תהלים, אבער דערווייל איז שוין אריבער א האלבע יאר אן אנצוטראגן א געהעריגע שידוך.


אויך וויל איך וויסן איבער דעם וואס ס'שטייט אז נאך איידער א מענטש ווערט געבוירן איז שוין אנגעשריבן פאר אים זיין שידוך, איז דאס שייך אויך פאר מיר אויב איך האב נאכנישט געהאט קיין קינדער? און אויב איז דאס נישט שייך ביי א צווייטע שידוך, איז דען פאר מיר אנגעשריבן א מאן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


האטס נישט מורא, איר האט א שידוך; עס איז אנגעשריבן פאר אייך א שידוך, איר וועט בקרוב טרעפן אייער שידוך.


ווען מען דאווענט צום אייבערשטן דארף מען האבן געדולד; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ב) אז תפילה ווערט אנגערופן חוטם - די נאז פונעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט )ישעיה מח, ט): "וּתְהִלָּתִי אֶחֱטָם לָךְ"; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, וואס האט דאווענען מיט די נאז? זאגט מוהרא"ש צוויי זאכן, איינס אז מענטש אן א נאז קען נישט לעבן, די גאנצע אטעם גייט דורך די נאז, אזוי דארף א מענטש לעבן מיט תפילה; עס זאל זיין ביי אים ממש ווי אטעמען, פונקט אזוי ווי אטעמען דארף מען די גאנצע צייט, אזוי דארף זיך א מענטש צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן א גאנצן צייט.


צווייטנס, דער נאז ווייזט אויף אריכת אפים, אויף סבלנות; ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען האבן אסאך סבלנות, מען דארף בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן ביז דער אייבערשטער העלפט און שיקט א ישועה.


זייטס ממשיך מיט'ן בעטן דעם אייבערשטן וועט איר זיכער טרעפן אייער שידוך.


אויך זאלט איר ווייטער זיך אפשערן די האר, וועט איר זוכה זיין צו ווערן אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - איך האב זיך שוין גע'גט, ווי אזוי טרעפט מען א גוטע שידוך?
שלום בית, שידוכים, יבנאל, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז דורכגעגאנגען אסאך שוועריקייטן אין לעבן, איך האב חתונה געהאט מיט א מאן וואס האט מיר צוביסלעך אפגעטיילט פון יעדן איינעם, פון מיינע עלטערן, פון מיינע געשוויסטער, און פון מיינע חבר'טעס, ביז איך האב געמוזט זיין אנגעהאנגען נאר אין אים, און דאן האט מיר אנגעהויבן זייער צו פייניגן און רודפ'ן, מיר נישט געלאזט קויפן קיין קליידער און קיין שום זאך, און פיל מאל בכלל נישט געלאזט ארויסגיין פון הויז.


איינמאל האט ער גערופן די פאליציי אויף מיר אז איך וויל זיך נעמען דאס לעבן, די פאליציי האט גערעדט מיט מיר און געזען אז איך בין אין ארדענונג, און זיי האבן מיר געזאגט אז זיי זענען געקומען מיר ארעסטירן, נאר זיי האבן געזען אז אלעס איז אקעי, און האבן מיר אפגעלאזט. דאס איז נאר איינע פון די פילע דוגמאות וויפיל איך האב געליטן פון אים.


למעשה האב איך זיך געמוטשעט זייער שטארק, איך האב אייך דעמאלט געשיקט א בריוו צו בעטן חיזוק, איר האט מיר מחזק געווען און געזאגט איך זאל אייך מבשר זיין גוטע בשורות פון מיין מאן און קינדער, למעשה האבן מיר נישט געהאט קיין קינדער, און יענעם טאג וואס איך האב צוריק באקומען אייער ענטפער איז מיין מאן אנטלאפן פון שטוב, און זעט אויס אז דאס איז געווען די גוטע בשורה, איך האב זיך זייער געמוטשעט פאר א לאנגע צייט ביז ער האט מסכים געווען מיר צו שיקן א גט.


זייט מיר האבן זיך גע'גט, האב איך אנגעהויבן צו ווערן צוריק א פרייליכער מענטש, איך האב ממש נישט געהאט קיין טעם אין מיין לעבן מיט אים, ער האט מיר ארויסגענומען די גאנצע סיפוק אין לעבן. יעצט האב איך געזען אז איך קען זיך ב"ה נאך בעסער אן עצה געבן ווי מיט אים, איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן צו האבן אויף צום לעבן, איך קען זיך נישט אנלייגן אויף מיינע עלטערן.


איך וויל זייער טרעפן א גוטע וואוילע און ערליכע שידוך, און צוריק אנהויבן א נארמאלע לעבן, איך דארף חיזוק זיך צו קענען דערהאלטן אין לעבן, און איך דארף תפלות צו טרעפן ווי שנעלער מיין ריכטיגער שידוך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אז איר זענט פטור געווארן פון דעם מסוכן'דיגער מענטש וואס האט אייך געפייניגט מיט שרעקליכע פייניגונגען; א נס אז ער האט אייך געגעבן א גט, יעצט קענט איר זיך ערהוילן, זיך שטארקן און זיין גרייט צו טרעפן אייער זיווג און אויפבויען א בית נאמן בישראל.


די גרעסטע חיזוק פאר אייך, איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז ער היט אייך פון שלעכטס, איר זענט פטור געווארן פון דעם אדם מסוכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות קיב:): "אֵין אָדָם דָּר עִם נָחָשׁ בִּכְפִיפָה אַחַת", א מענטש קען נישט וואוינען מיט א שלאנג אין איין לאך; דאס איז א משל פאר מאן און ווייב, אויב איינער איז א שלאנג, ער פייניגט דעם צווייטן רחמנא לצלן קען מען נישט זיין אינאיינעם אין איין שטוב; זעט איר דאך קלאר די חסדים פונעם אייבערשטן, ער האט אייך געראטעוועט פון ערגערע צרות.


כאפט אייך אריבער קיין יבנאל צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש, איר זאלט דארט אויסזאגן גאנץ ספר תהלים; איידער איר הייבט אן תהילים זאלט איר זאגן: "איך גיי יעצט זאגן ספר תהילים לזכות מוהרא"ש וואס האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן תהילים פאר זיין זכות וועט ער נישט רוען ביז ער וועט אים ברענגען זיין שידוך".


מוהרא"ש האט צוגעזאגט און אונז געלאזט צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס.

#2 - ווי אזוי וועט מען מיר אנקוקן נאכ'ן זיך גט'ן צוויי מאל?
שלום בית, קינדער, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן אין מיין מצב. איך בין שוין געווען איינמאל גע'גט און איך האב נאכאמאל חתונה געהאט, און מיר האבן געהאט צוויי קינדער צוזאמען. למעשה האט דער מצב ביי אונז אין שטוב אנגעהויבן גיין זייער שלעכט אין די לעצטע צוויי יאר, די קינדער וואס מיין ווייב האט מיטגעברענגט האבן מיר ממש דערביטערט דאס לעבן, און זי איז נאר געשטאנען מיט זיי אקעגן מיר, איך בין נישט אנערקענט געווארן אלס טאטע אין שטוב, נאר אלס איינער וואס דארף ברענגען געלט. און דערפאר האבן מיר זיך יעצט צעטיילט, און מיר גייען זיך גט'ן בקרוב.


מענטשן קוקן מיר אן ווי א לא יוצלח, ער גייט זיך שוין גט'ן צום צווייטן מאל, און איך ווייס אבער אז איך בין נישט אזוי שלעכט, כאטש קיינער איז נישט קיין מושלם, שפיר איך אז איך בין פשוט אריינגעפאלן צוויי מאל.


און יעצט טראכט איך ווי אזוי איך וועל קענען איבערגיין די שווערע תקופה, די צוויי קינדער זענען ביי מיר, און ווער מיר וועלן יעצט נעמען נאכ'ן זיך גט'ן צוויי מאל, און נאך מיט צוויי קינדער? איך וויל אזוי שטארק האבן א נארמאלע לעבן, אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט ליבשאפט און שמחה, און אויב וועט זיין שוועריקייטן זאלן מיר עס דורכגיין צוזאמען בשלום.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שווער צו ענטפערן ווען מען קען נישט דעם מענטש און מען ווייסט נישט קיין פרטים וכו'; בפרט ווען דו האלסט נאך פאר'ן גט, איז מיר זייער שווער צו ענטפערן ווייל "זיך גט'ן איז נישט די עצה".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס קינדער גייען אריבער ווען עלטערן גט'ן זיך; די ערגסטע זאך וואס עלטערן קענען טון פאר זייערע קינדער איז זיך גט'ן השם ישמרינו. איך קען דיר זאגן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", בפרט ווען עס איז דא קינדער אין שטוב; ווייל אויב מען גט זיך ליידן די קינדער פון דעם זייער גאנץ לעבן.


במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח. פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש; פארוואס וויינט נישט דער שלחן, דער מנורה, דער ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות...".


די נקודה איז נישט ווי אזוי מענטשן קוקן דיר אן און וואס מענטשן וועלן זאגן; וואס הארט דיר וואס מענטשן וועלן זאגן? דו דארפסט טראכטן מער פון די קינדער ווי טראכטן וואס מענטשן וועלן זאגן.


זיי זיך מחזק מיט תפילה והתבודדות, גיי ארויס אביסל שפאצירן אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט וויסן וואס דו האסט צו טון; זאג אים דיין ווייטאג, בעט אים: "'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', אייבערשטער געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן וואס צו טון", אז דו וועסט זיין שטארק מיט דעם וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


די עצה פון התבודדות איז זיכער א גוטע עצה, מען זאל אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי אים געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רלח): "די ווערטער דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה", ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צי אזוי, און מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט זוכה זיין צו וויסן וואס דו האסט צו טון.

#1 - מיינע עלטערן גייען זיך גט'ן, ווי אזוי בין איך זיך מחזק?
שלום בית, כיבוד אב ואם, משפחה, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן חתונה געהאט פאר נישט לאנג צוריק, ברוך ה' אז מיר האבן א זיס געשמאק לעבן, איך האב ברוך ה' היינט זוכה געווען מסיים צו זיין ששה סדרי משנה צום 32'סטע מאל, און איך בין זיך מחזק דא אינאיינעם מיט די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א.


מיינע עלטערן גייען זיך יעצט גט'ן, און איך דארף חיזוק פאר מיר און פאר מיין ווייב ווי אזוי דאס צו האנדלען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער ווייטאגליך ווען קינדער דארפן אריבערגיין די שרעקליכע פיין ווען טאטע מאמע גט'ן זיך השם ישמרינו; קיינער אין די וועלט קען נישט פארשטיין די צער און ווייטאג וואס קינדער גייען אריבער ווען די עלטערן גט'ן זיך. די עלטערן טראכטן נאר פון זיך; דער טאטע טוט וואס איז אים באקוועם און די מאמע טוט וואס איז איר באקוועם, קיינער פון זיי טראכט נישט פון די שרעקליכע פיין און ווייטאג וואס די קינדער גייען אריבער.


ביי דיר איז דאס אביסל גרינגער, דער אייבערשטער האט צוגעגרייט דיין רפואה פאר די מכה, דו האסט חתונה געהאט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג ע"ב; שיר השירים רבה ד, יב) דער אייבערשטער ברענגט נישט די מכה פאר ער גרייט צו די היילונג דערצו; דאס אז דו האסט חתונה געהאט, דו לעבסט אזוי שיין, דו לעבסט אזוי זיס מיט דיין ווייב - דאס איז דיין רפואה אז דו זאלסט נישט צעפאלן ווען דיין עלטערנס שטוב צעפאלט.


שטארק זיך מיט דיין ווייב; איר זאלט לעבן א שיינע לעבן. איר וועט אינאיינעם אויפשטעלן א שיינע שטוב ווייל איר ווייסט דאך יא וואס קינדער גייען אריבער ווען זיי זעען מיט זייערע אויגן ווי מען פארברענט זייער בית המקדש, ווי מען צעברעכט זייער טייערסטע און הייליגסטע זאך אין די וועלט.


וואס יא? דו זאלסט רחמנות האבן אויף דיינע יונגערע געשוויסטער וואס זיי האבן נאך נישט זייער אייגענע שטוב, זיי ליגן נאך אנגעליינט אויף טאטע מאמע, פאר זיי איז יעצט גאר ביטער; ווי שווער עס איז פאר דיר אסאך שווערער איז פאר זיי, זאלסטו זיי עפענען דיין טיר, זיי זאלן וויסן אז זיי האבן א שטוב וואו זיי קענען קומען רעדן, שמועסן און באקומען אביסל ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עינינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.