שאלה אין קורצן ענין
#5 - וואס טו איך אז מיין מאן געטרויעט מיר נישט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פחדים, זעלבס זיכערקייט, יתום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיינע שיעורים וואס איז מיר ממש מחיה. איך הער שוין די שיעורים כמעט א יאר, איך קען נישט גיין שלאפן אן הערן דעם פרישן שיעור, דאס געבט מיר ממש לעבן.


איך האב שוין חתונה געהאט 12 יאר ב"ה, מיט א שטוב מיט ליכטיגע קינדערלעך, און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן מיט א טייערער מאן וואס העלפט מיר גאר אסאך, טראץ וואס ער איז זייער פארנומען, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך פרוביר דאס מערסטע צו טון מיינע פליכטן אלס ווייב און מאמע, אבער כ'האב א שווערקייט אין אונזער לעבן וואס שטערט מיר זייער. מיין מאן איז געווארן א יתום אלס קינד און איז אריבער א שווער לעבן, און דאס האט אויסגעקלאפט אויף אים אז ער האט נישט קיין צוטרוי צו קיינעם, און ער ליידט פון אסאך פחדים, און דאס מאכט אונז אסאך מאל זייער שווער.


די פארגאנגענע וואך האב איך ווייטער געהאט אזא מעשה, ער קומט אהיים און באפאלט מיר מיט חשדות און זאכן וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט פאקטן, און ווען איך זאג אים אז איך האב נישט קיין אנונג פון וואס ער רעדט, ווערט ער באבלאזן און וויל אפילו נישט ענטפערן, ער זאגט אז ער גלויבט מיר ממילא נישט.


איך בין געווארן זייער צעבראכן פון דעם, דאס האט מיר ממש שוואך געמאכט, און ס'איז מיר זייער שווער אים מוחל צו זיין. אפילו שפעטער ווען מיר האבן זיך שוין אויסגעשמועסט און ער האט געכאפט אז ער האט נישט געטון ריכטיג, ווערט מיך נאכאלץ שלעכט ווען איך זע אים, ס'איז מיר זייער שווער ווען מיין נאנטסטער מענטש גלויבט מיר נישט, און ער האט אזעלכע דמיונות אויף מיר. אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי אייער ווייטאג; עס איז זייער א שווערע געפיל צו לעבן מיט'ן מאן ווען ער האט נישט קיין צוטרוי אין אייך וכו' וכו', וואס נאך דארף דען א פרוי? א פרוי דארף דאך נאר אז איר מאן זאל איר גלייבן און איר געטרויען און ווען א פרוי האט דאס נישט איז איר זייער שווער.


אבער אין אייער פאל איז דאס אביסל אנדערש. איר שרייבט דאך אליין ווי געטריי אייער מאן איז צו אייך, ווי שטארק ער העלפט אייך; ער האט נאר א פראבלעם אז ער ליידט פון פחדים פון ווען ער איז נעבעך געווארן א יתום. אין דעם פאל איז דאס אינגאנצן אנדערש, איר דארפט נישט זיין אנגעווייטאגט אויף אים. דא קומט ענדערש אריין דאס ווארט 'רחמנות', איר דארפט רחמנות האבן אויף אים און אים פארשטיין.


איך וויל אייך פרעגן, וואס טוט איר ווען אייער קינד זאגט אייך: "ביסט נישט א גוטע מאמע!" אדער אייער קינד זאגט אייך: "איך האב דיר נישט ליב!" ווערט איר אנגעווייטאגט אויפ'ן קינד אדער איר פארשטייט אז דאס קינד איז נאך א קינד און ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויסצוברענגען וכו'? אזוי זאלט איר קוקן אויף אייער מאן, ער איז טאקע שוין דערוואקסן און נישט קינדיש, אבער דאס וואס ער איז געווארען יונגערהייט א יתום לא עלינו האט אויסגעקלאפט אויף אים אין א פארעם פון אומזיכערקייט און עס פאסירט וואס פאסירט.


אנשטאט צו זיין אנגעווייטאגט אויף אים זאלט איר אים דן זיין לכף זכות, וועט דער אייבערשטער אייך דן זיין לכף זכות און איר וועט האבן נחת פון אייערע ליכטיגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4 - וואס טו איך מ'זאל מיר נישט אראפקוקן אז איך נעם מעדעצין?
רפואה, בושה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט די שאלה און תשובה פון דעם וואס האט געפרעגט איבער נעמען מעדעצין פאר פחדים, ווען איך האב געליינט די שאלה האב איך ממש געוויינט, איך האב געשפירט ווי איינער האט אזוי שיין אראפגעשריבן מיין לעבן, און איך האב זיך געפריידט צו די תשובה אז דאס איז א נארמאלע זאך, ס'איז נישט קיין פעלער צו נעמען מעדעצין ווען מ'דארף עס האבן.


מיט איין פרט איז אבער ביי מיר געווען אנדערש, אז ער האלט עס בסוד פון יעדן איינעם, און איך האב עס יא אויסגעזאגט פאר מיין רב. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו נעמען די מעדעצין, אזוי ווי ווען איינער האט קאפ וויי נעמט ער טיילענאל, די זעלבע איז מיט דעם. און ווען איך האב דאס דערציילט פאר מיין רב האט ער מיר טאקע אויך מחזק געווען איך זאל נישט מורא האבן עס צו נעמען, אבער למעשה האט ער מיר פון דעמאלט אנגעהויבן אראפצוקוקן. איך האב געשפירט אז איך קען אים געטרויען, איך שמועס זיך אלץ דורך מיט אים אין שלום בית, חינוך, און אין ביזנעס, ער איז א פארשטענדליכער מענטש, אבער דא האט זיך עס נישט גוט אויסגעארבעט.


איך בין געווען א מוצלח'דיגער אינגערמאן, דער רב פלעגט זיך כסדר דורכרעדן מיט מיר אין פארשידענע זאכן, אבער פון ווען איך האב אים דאס דערציילט האט ער מיר אויטאמאטיש אנגעהויבן אנצוקוקן ווי א נערוון קראנקער מענטש, ער איז מיר טאקע מחזק כסדר, ער כאפט אבער נישט אז די חיזוק צעברעכט מיר זייער. זיי מיר נישט מחזק, נאר האלט מיר ווייטער פאר א נארמאלער מענטש, וואס איז שלעכט אז איך נעם מעדעצין פאר א פראבלעם?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר מחזק זיין אין דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין שום בושה צו נעמען מעדעצין, עס איז א בושה ווען מען דארף נעמען מעדעצין און מען עקשנ'ט זיך דאס נישט צו נעמען. ווייל מען קען יעדן איינעם העלפן, דער פראבלעם איז אז מען וויל זיך נישט העלפן, מען האלט זיך קלוגער פונעם דאקטער; מען מיינט אז אויב מען וועט נעמען מעדעצין וועט מען זיין אראפגעקוקט.


בנוגע וואס מען קוקט דיר אראפ וכו'; דארפסט נישט דערציילן קיינעם איבער דיין פריוואטע לעבן, דערצייל נישט קיינעם אז דו נעמסט מעדעצין - נישט פאר חברים, נישט פאר משפחה און נישט פאר דיין רב; דאס איז פריוואט צווישן דיר און דער דאקטער, מערסטנ'ס, אויב דארף מען דערציילן די ווייב דארף דאס בלייבן צווישן אייך.


דער עיקר זאלסטו זיך אליינס נישט אראפ קוקן, דיין האלטן פון זיך איז וויכטיגער ווי אז אנדערע זאלן האלטן פון דיר; אז דו וועסט זיין זיכער מיט זיך וועט דיר גאר ווייניג אנגיין וואס דער זאגט אויף דיר און וואס יענער זאגט אויף דיר, דו זאלסט וויסן ביי דיר אז עס איז גארנישט שלעכט אז מען דארף נעמען פאר די מח מעדעצין.


ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין ביי זיך פעלזן פעסט, ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין שטארק, עס זאל נישט אנגיין וואס אנדערע זאגן און וואס אנדערע טראכן? דורך אמונה; ווען מען חזר'ט אמונה, מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין, דאס בויט אויף דאס זיכערקייט, מען ווערט שטארק, מען דארף קיינעם נישט און עס אינטערעסירט נישט גארנישט.


דעריבער בעט איך דיר זייער טייערער ליבער ברודער, יעדן אינדערפרי גלייך נאך ברכת התורה זאלסטו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס; בעיקר זאלסטו חזר'ן אן א שיעור מאל דעם ערשטן שטיקל: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", איך גלייב אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, ער פירט די וועלט, נאר ער אליין טוט אלעס און ער וועט טון אלעס.


אויך זאלסטו אריין נעמען אין דיר אז עס איז נישטא וועם צו בעטן, נאר דעם אייבערשטן, צו אים דארף מען דאווענען. חזר זיך דעם אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", איך גלייב אז ווען מען דארף א ישועה זאל מען נאר בעטן דעם אייבערשטן, ווייל נאר ער קען העלפן און וועט העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיין געזונט און שטארק.

#3 - ווי אזוי קען איך באקומען מער זעלבס זיכערקייט?
זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 14 יאר, איך בין זיך מחיה מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג.


איך מוטשע זיך אבער שטארק מיט ווייניג זעלבס זיכערקייט, און מיט'ן טראכטן כסדר וואס אנדערע וועלן זאגן אויף מיר. אויך האב איך כסדר בלבולים ווען איך הויב אן לערנען א ספר, און גלייך נאכדעם וויל איך נעמען אן אנדערע ספר. איז דא עצות אויף דעם אינעם רבינ'ס ספרים?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די איינציגסטע עצה פאר זעלבסט זיכערקייט (סעלף קאנפידענס) איז חזר'ן אמונה; ווי מער מען נעמט אריין אין זיך אמונה, מען גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, עס איז גארנישט דא אויסער אים. דומם, צומח, חי, מדבר; אלעס אלעס איז ער אליינס - דאס בויט אויף דעם מענטש. מען ווערט זיכער מיט זיך, מען דארף נישט קיינעם, עס אינטערסירט מער נישט וואס אנדערע זאגן.


שטארק זיך מיט די עצה פון התבודדות; זוך דיר אויף א שטילע פלאץ וואו דו זאלסט זיך מתבודד זיין. דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, רעד צו אים אזוי ווי דו רעדסט צו א חבר, שעם זיך נישט צו זאגן פאר'ן אייבערשטן אלע מחשבות וואס דו טראכסט, אלע פחדים און אלע דמיונות - וועסטו מיט די צייט ווערן א שטארקער מענטש, דו וועסט שוין נישט מורא האבן פון קיינעם, דו וועסט לעבן א רואיג לעבן.


בנוגע דאס וואס דו שפרינגסט ארום וכו', יעדע מינוט הייבסטו אן לערנען אן אנדערע ספר; די בעסטע זאך וואלט געווען ווען דו הייבסט אן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליין פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.): 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר', וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד - לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - וואס טוט מען ווען מ'קען זיך אליין נישט ליידן?
שמחה, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, טערעפי, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון וואס הערט די טייערע דרשות, און איך טראכט אז אפשר וועט איר מיר קענען העלפן, ווייל איך קען זיך אליין נישט העלפן.


איך האב ב"ה א שיינע לעבן, א וואוילער מאן מיט זיסע קינדער. אבער פון ווען איך בין קליין, קען איך זיך אליין נישט ליידן, איך האב זיך פיינט, איך האב אויף זיך מורא'דיגע קריטיק, יעדע זאך וואס איך טו בין איך נישט צופרידן און ס'איז נישט גוט. איך האב נישט קיין סיפוק פון קיין שום זאך, און זאכן וואס איך טראכט יא אז איך וועל האבן פון דעם סיפוק איז נישט שייך צו טון פאר א מאמע מיט קינדער.


יארן צוריק האב איך פרובירט צו גיין אויף טערעפי, עס האט אבער גארנישט געהאלפן, נאר מיר געמאכט טראכטן נארישקייטן אז איך דארף זיך גט'ן וכדומה, נאר דער אויבערשטער האט אפגעהיטן מיין לעבן זאל נישט חרוב ווערן. אבער יעצט בין איך אנגעקומען צו א ביטערע מצב אז איך האב נישט קיין טעם אין לעבן, איך וויל מער נישט לעבן, איך קען מער נישט ליידן וואס איך לייד פון זיך אליין. איך האב נישט קיין מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן ח"ו, סוף כל סוף האב איך אביסל יראת שמים (איך האף אזוי), אבער איך וויל נישט לעבן, איך קען מער נישט נעמען מיין מצב.


די וואך האב איך פראבירט צו רעדן מיט איינעם וואס איך האב געטראכט אז ער וועט מיר קענען העלפן, כ'האב נישט גערעדט אזוי אפן, אבער גוט געגעבן צו פארשטיין אז ס'איז מיר פינסטער, און יענער האט זיך בכלל נישט וואוסנדיג געמאכט, און דאס האט מיר נאך מער צובראכן, פון די בושה פון זיך אליין האב איך געפילט ווי איך גיי ממש אויס, איך בין געווען פארגליווערט עטליכע טעג.


איך הער ווי דער ראש ישיבה זאגט מ'זאל רעדן צום אייבערשטן, איך רעד מיט אים אסאך, איך דערצייל אים, איך בעט זיך ביי אים ער זאל שוין רחמנות האבן אויף מיר, אבער עס העלפט גארנישט, מיין מצב ווערט ערגער און ערגער. אפשר וועט דער ראש ישיבה האבן פאר מיר א עצה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט זיך זייער שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; איר דארפט זוכן גוטס אין אייער לעבן און זיך מיט דעם פרייליך מאכן. דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; אויף דעם פלעגט רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה זאגן: "אז דער רבי האט אונז געהייסן זיין פרייליך, מן הסתם איז דא מיט וואס צו זיין פרייליך".


אלע פראבלעמען וואס מענטשן האבן נעמט זיך פון עצבות און מרה שחורה; עצבות פארמאכט דעם מח מען זאל נישט קענען טראכטן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת - מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח צו וויסן וואס מען האט צו טון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג; נישט איין מאל א טאג און נישט צוויי מאל, נאר יעדעס מאל עס קומען אריין אין אייך די שלעכטע מחשבות, איר הויבט אן טראכטן שלעכטס, איר הויבט אן זיך פיינט צו האבן און זיך נישט ליידן; זאלט איר נעמען די תפילה און בעטן דעם אייבערשטן, וועט איר זען ביז א קורצע צייט אז וועט איר זיך ליב האבן, איר וועט וועלן לעבן, איר וועט הנאה האבן יעדע רגע פון די שיינע וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן.


דא האט איר די תפילה:


"גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; פַאר מַיין טֵייעֶרֶע מַאן, פַאר מַיינֶע לִיכְטִיגֶע קִינְדֶער אוּן פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל הַנָּאָה הָאבְּן פוּן מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן; וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נִישְׁט הַנָּאָה פוּן מַיין לֶעבְּן, אִיךְ בִּין אַזוֹי שְׁטַארְק דֶעפְּרֶעסְט אוּן אִיךְ וֵויין אַ גַאנְצְן טָאג, עֶס קוּמֶען אַרַיין אִין מִיר שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת פוּן וֶועלְכֶע אִיךְ קֶען נִישְׁט פָּטוּר וֶוערְן.


דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע זִיסֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אֶמוּנָה אוּן אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט אֶמוּנָה; אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט דִיר אוּן דִיר שְׁפִּירְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס אִיז מִיר אַזוֹי עֶנְג, מַיין קָאפּ דְרֵיידְט זִיךְ מִיר אַ גַאנְצְן טָאג מִיט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ טְרַאכְט אַ גַאנְצְן טָאג נָאר שְׁלֶעכְטְס אוֹיף מִיר. פוּן מַיינֶע יוּנְגֶע יָארְן הָאבּ אִיךְ זִיךְ נִישְׁט לִיבּ, אִיךְ הָאבּ זִיךְ פַיינְט אִיךְ קֶען זִיךְ נִישְׁט לַיידְן; אִיךְ זֶע נִישְׁט קַיין שׁוּם וֶועג וָואס זָאל מִיר פְרֵיילִיךְ מַאכְן, אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ וִוי אִיךְ בִּין גֶעפַאנְגֶען בַּיי דִי נִישְׁט גוּטֶע, וָואס אִיךְ טוּ אִיז אָן קַיין טַעַם אָן קַיין פְרֵיילִיכְקֵייט.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, טַאטֶע זִיסֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן, אִיךְ זָאל זִיךְ קֶענֶען לַיידְן, אִיךְ זָאל טְרַאכְטְן נָאר פַּאזֶעטִיוו, אִיךְ זָאל נִישְׁט טְרַאכְטְן שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט בַּאשׁוּלְדִיגְן נָאר אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אַלֶעס קוּמְט פוּן דִיר.


בַּאשֶׁעפֶער, זֶע מַיינֶע טְרֶערְן, זֶע וִוי אִיךְ וֵויין, זֶע מַיין צֶעבְּרָאכְן הַארְץ; אַתָּה חוֹנֵן לָאָדָם דַּעַת - דוּ גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער גֶעבְּסְט שֵׂכֶל פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם, וּמְלַמֵּד לֶאֱנוֹשׁ בִּינָה - דוּ גֶעבְּסְט פַארְשְׁטַאנְד פַאר אַלֶעמֶען, בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע: וְחָנֵנוּ מֵאִתְּךָ חָכְמָה בִּינָה וָדַעַת, גֶעבּ מִיר אוֹיךְ שֵׂכֶל אוּן פַארְשְׁטַאנְד אִיךְ זָאל מִיךְ נִישְׁט פַּיינִיגְן.


בַּאשֶׁעפֶער, אַסַאךְ מָאל שְׁפִּיר אִיךְ וִוי מַיין לֶעבְּן אִיז מִיר גָארְנִישְׁט וֶוערְד; אִיךְ טְרַאכְט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ וִויל אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַיין לֶעבְּן, אָבֶּער אִיךְ וֵוייס דָאךְ דֶעם אֱמֶת אַז עֶס אִיז נִישְׁט דָא וואוּ צוּ אַנְטְלוֹיפְן, נָאר צוּ דִיר טַאטֶע זִיסֶער.


דֶערְפַאר קוּם אִיךְ צוּ דִיר אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר: הֶעלְף מִיר! הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דַיינֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען זֵייעֶר גַאנְצֶע לֶעבְּן פַאר דַיינֶעט וֶועגְן; הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק אוּן יַעֲקֹב, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אִמָּהוֹת הַקְּדוֹשׁוֹת שָׂרָה רִבְקָה רָחֵל אוּן לֵאָה, אוּן בִּזְכוּת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי רַבֵּינוּ נַחְמָן מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, בִּזְכוּת זַיין תַּלְמִיד רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן בִּזְכוּת מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".


די תפילה זאלט איר זאגן יעדן טאג, וועט איר זען ביז א קורצע צייט אז אלעס וועט זיך איבערדרייען, איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט זיין פרייליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וועל איך שוין קיינמאל נישט האבן קיין זעלבס זיכערקייט?
תפילה והתבודדות, התחזקות, יאוש, תפלות אויף אידיש, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א אז יעדער מענטש איז זיך מייאש אין געוויסע ענינים, לגבי די זאכן האט ער שוין אויפגעגעבן, ער גלויבט אז ער וועט שוין נישט מצליח זיין אין דעם, אבער דער רבי לערנט אונז אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש.


איך האב אריינגעטראכט אין דעם און געזען אז דאס איז ליידער גאר אמת ביי מיר אין לעבן. איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו איך האב קיינמאל נישט צוגעזען קיין רואיגקייט אדער א שמייכל צווישן די עלטערן, איך געדענק נישט אפילו איין מאל אין מיינע יונגע יארן אז די משפחה זאל זיצן און פארברענגען מיט א שמייכל, אפילו נישט איין נאכטמאל.


איך בין אויפגעוואקסן צוזעענדיג נאר דאגות, אנגעצויגנקייט, מחלוקת אין שטוב. ביידע פון מיינע עלטערן זענען גאר נעגאטיוו און אלעס זעט אויס שווארץ. ועל כולם דאס צוזעענדיג די קאלטקייט צווישן מיינע עלטערן, און ווי זיי קריגן זיך כסדר, האט מיך איבערגעלאזט אלע יארן מיט א געפיל פון אומזיכערקייט אויף דער וועלט, איך בין אלע מאל פול מיט ספיקות. איך בין שוין נישט קיין יונגער אינגערמאן, און איך קען נישט זיין פרייליך, איך קען נישט שמייכלען, איך פיל אלעמאל אומרואיג און אומזיכער מיט זיך און מיט די וועלט. און נאך מער אז ווען איך זע אנדערע מענטשן שמייכלען אדער פרייליך הייב איך פשוט אן צו פילן נערוועז און אומרואיג, ווייל עס איז שרעקעדיג פאר מיך צו זיין בשמחה, איך פיל זיך גאר אין פרעמד ווען עס איז דא א מצב פון פרייליכקייט ארום מיך.


איך האב טאקע איינגעזען אז איך בין אינגאנצן מיואש פון פילן פרייליך און פילן צופרידן און זיין בשמחה, פילן זיכער און רואיג אין לעבן.


דער רבי האט דאך אבער געזאגט אז יאוש איז גארנישט פארהאן, איז מיין שאלה ווי אזוי איז טאקע דא א מעגליכקייט איך זאל נאך יא קענען אמאל זיין פרייליך און זיכער מיט זיך?


נאך א זאך, איך שפיר ביי מיר אז איך וויל זייער שטארק באקומען אויפמערקזאמקייט פון מענטשן, א גוט ווארט פון א צווייטן, ממש ווי א קליין קינד. איך שעם זיך צו זאגן, אבער ווי עס זעט אויס, אזוי ווי איך האב עס נישט באקומען קיינמאל אלס קינד, דערפאר זוך איך עס יעצט אין די עלטערע יארן. איז דא אן עצה פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט נעמען די עצה פון רבי'ן; דו וועסט זיך אביסל מתבודד זיין, דו וועסט זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן - וועסטו אנהייבן שפירן ליבשאפט און ווארעמקייט, אזוינס וואס דו האסט קיינמאל אין דיין לעבן נישט געשפירט.


דאס וואס מען איז זוכה דורך התבודדות איז נישט עפעס וואס מען קען מסביר זיין, מען הייבט אן שפירן אזא זיסקייט אין לעבן וואס מען האט נישט געשפירט און מען וועט קיינמאל נישט שפירן; רעדן צום אייבערשטן ברענגט דעם מענטש צו שפירן מורא'דיג נאנט צום הייליגן באשעפער, דאס פארהיילט אלע וואונדן און היילט אלע שניטן. אפילו א מענטש זאל דורך גיין גאר ביטערע שוועריקייטן, אויב נעמט ער די עצה פון התבודדות, ער הייבט אן רעדן צום אייבערשטן - ווערט אים פלוצלינג אזוי ליכטיג און אלע וואונדן היילן זיך אויס.


דעריבער אז דו האסט געהאט אזא שווערע יוגנט, דו האסט צוגעזען ווי דיינע עלטערן קריגן זיך און דאס האט דיר איבערגעלאזט אין א וועלט פון ספיקות, אין א וועלט פון אומזיכערקייט - זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, זאלסט זיך קובע זיין יעדן טאג א צייט זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, דורכדעם וועסטו ווערן זיכער ביי זיך, דו וועסט ווערן אויפגעבויט.


בנוגע דאס וואס דו ווילסט אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט און דו שעמסט זיך, דו מיינסט אז דאס איז א קינדערישע זאך; בעט עס פונעם אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר געבן אביסל ליבשאפט, ער זאל דיר געבן ווארעמקייט, ער זאל דיר גלעטן. ווען מען איז זוכה צו שפירן איבסל נאנטקייט צום אייבערשטן - דאס איז די בעסטע ליבשאפט.


מוהרא"ש דערציילט אז מען פלעגט הערן ברסלב'ער חסידים זאגן תהילים מיט א געשמאק, זיי פלעגן רעדן צום אייבערשטן אויסגעמישט מיט די פסוקי תהילים; איינמאל האט מען געהערט רבי נתן'ס אן אייניקל רבי מיכל'ע, ווי ער זאגט תהלים (קאפיטל לה, א): "לְדָוִד רִיבָה ה' אֶת יְרִיבַי", האט מען געהערט ווי ער רעדט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם קריג זיך פאר מיר, נעם זיך אן פאר מיר, 'אֱמֹר לְנַפְשִׁי יְשֻׁעָתֵךְ אָנִי', זאג מיר אייבערשטער אז דו האסט מיר ליב, איך בין אזוי צעבראכן, איך דארף אביסל ווארעמקייט, אביסעלע ליבשאפט פון דיר".


דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "קיין יאוש איז נישט פארהאנען"; דאס איז נישט סתם געזאגט, 'עס איז נישטא קיין יאוש'; אויב מען טוט די עצות פון רבי'ן איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע טונקלקייטן און פון אלע ביטערניש.


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן, וועט ער שפירן אויף די וועלט וואס צדיקים שפירן אין גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.