שאלה אין קורצן ענין
#4 - ווען גוים מאכן שלעכטע גזירות, איז דא דעמאלט א ברכה?
תפילה והתבודדות, גמרא, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער ליב צו ליינען יעדע וואך די "עצתו אמונה", ספעציעל ווען עס איז אויך דא א "מעשה'לעך פאר קינדערלעך".


איך האב געלערנט דעם שבת אין ספר המדות, און איך האב געזען עפעס וואס זעט מיר אויס ווי א סתירה. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, חלק א', סימן פ"ו) "שנה שיש בה ברכה, סימן שגם ישראל יפרו וירבו", אין א יאר וואס איז דא ברכה, איז א סימן אז אויך די אידן וועלן זיך שטארק פארמערן, אבער דער רבי זאגט אויך (שם, חלק ב', סימן כ"ז): "כשישראל פרים ורבים, אזי האומות מחדשין עלינו גזירות", ווען די אידן פארמערן זיך שטארק, וועלן די גוים מאכן אויף אונז פרישע גזירות; איך פארשטיי נישט ווי אזוי קען זיין א יאר ווען די גוים מאכן שלעכטע גזירות, און עס זאל זיין דעמאלט א ברכה, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר דאס פארענטפערן.


אין מיין שיעור אין ש"ס האלט איך ברוך ה' שוין ביי מסכת בבא מציעא, אבער עס איז שוין א לאנגע צייט וואס איך רוק זיך נישט פאראויס, איך דארף נאך חשק צו לערנען גמרא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו לערנסט ספר המידות, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד"; מוהרא"ש זאגט, ווען מען לערנט ספר המידות זאל מען נאס מאכן יעדע אות מיט טרערן צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קענען מקיים זיין וואס דער רבי זאגט.


עס איז נישט קיין סתירה, דאס וואס דער רבי זאגט (אות בנים, סימן פו): "שָׁנָה שֶׁיֵּשׁ בָּהּ בְּרָכָה" א יאר וואס איז דא א ברכה, "סִימָן שֶׁגַּם יִשְׂרָאֵל יִפְרוּ וְיִרְבּוּ" איז א סימן אויף קינדער, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה כז, ו): "יָצִיץ וּפָרַח יִשְׂרָאֵל וּמָלְאוּ פְנֵי תֵבֵל תְּנוּבָה", ווען עס איז דא שפע איז דאס א סימן אז עס וועלן געבוירן ווערן אסאך קינדער, און דאס וואס דער רבי זאגט (שם חלק ב, סימן כז): "כְּשֶׁיִּשְׂרָאֵל פָּרִים וְרָבִים" ווען אידן פארמערן זיך, "אֲזַי הָאֻמּוֹת מְחַדְּשִׁין עָלֵינוּ גְּזֵרוֹת" מאכן די פעלקער גזירות, אזוי ווי עס איז געווען אין מצרים, ווי עס שטייט (שמות א, ז): "וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל פָּרוּ וַיִּשְׁרְצוּ וַיִּרְבּוּ וַיַּעַצְמוּ בִּמְאֹד מְאֹד וַתִּמָּלֵא הָאָרֶץ אֹתָם", שטייט נאכדעם (שם, י): "הָבָה נִתְחַכְּמָה לוֹ", דאס איז נישט קיין סתירה צו א געבענטשטע יאר מיט שפע.


פריש זיך אויף מיט לימוד גמרא, עס זאל נישט אריבער גיין א טאג אן לערנען גמרא. מוהרא"ש ברענגט פון דעם גרויסן גאון רבי שעפטיל זכר צדיק לברכה, דער זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, וואס ער שרייבט אין זיין צוואה (בסוף ספר יש נוחלין): "לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי אנטון תפילין יעדן טאג".


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען פאלגן דעם רבי'ן, צו לערנען אסאך גמרא יעדן טאג. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם רבי יוסקא (מכתבי רבינו ז"ל בתחלת ספר עלים לתרופה, מכתב ב; ועיין שם, מכתב ז): "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", איך בעט דיר זייער מיין טייערער איידעם, שרייב מיר צוריק וויפיל בלאט גמרא דו לערנסט יעדן טאג און וויפיל בלאט הלכה דו לערנסט, מאך נישט פון טפל עיקר און פון עיקר טפל; דאס וויל דער רבי פון אונז, מיר זאלן אים שרייבן יעדן טאג וויפיל גמרא און שלחן ערוך מיר לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - צושניידן אלטע קליידער, הייסט אז מען פארשעמט זיי?
קליידער, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער רבי זאגט אין ספר המדות (בגדים, חלק א, סימן יא): "כל המבזה בגדים, לסוף אינו נהנה מהם", ווער עס פארשעמט קליידער, וועט צום סוף נישט הנאה האבן פון זיי. האב איך געוואלט פרעגן אזוי ווי ביי אסאך משפחות נעמט מען די אלטע אויסגענוצטע קליידער און מען צושנייט עס אויף עטליכע קלענערע שטיקלעך און מען נוצט עס פאר שמאטעס, אויב דאס הייסט פארשעמען קליידער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר נישט פארשעמען קליידער וואס מען נוצט, קליידער וואס מען טוט אן; פון די קליידער רעדט דער רבי. דער מקור איז, די הייליגע חכמים דערציילן (ברכות סב:) דוד המלך האט אפגעשניטן די עק פון שאול המלך'ס קלייד, דעריבער ווען דוד המלך איז עלטער געווארן שטייט (מלכים א' א, א): "וַיְכַסֻּהוּ בַּבְּגָדִים וְלֹא יִחַם לוֹ", מען האט אים צוגעדעקט מיט קליידער און עס האט אים נישט אנגעווארעמט, ווייל ער האט מבזה געווען די קליידער.


קליידער וואס מען נוצט נישט מער, עס שטייט צו ווערן ארויסגעווארפן - מעג מען מאכן פון דעם אנדערע נוצן. אזוי ווי מען האט געטון אין בית המקדש, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נא.): "מבלאי מכנסי כהנים ומהמייניהן, מהן היו מפקיעין, ובהן היו מדליקין", מען האט געמאכט פון די אלטע גארטלעך און הויזענעס פון די כהנים קנויטן פאר די מנורה פאר שמחת בית השואבה.


די וועש וואס באקומען לעכער, אז מען קען עס פארנייען - איז גוט, און אז נישט - איז ענדערש זאל מען מאכן פון דעם שמאטעס ווי צו גיין מיט קליידער מיט לעכער; מען טאר נישט גיין מיט לעכערדיגע קליידער, דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט נישט צו גיין מיט לעכער אין די קליידער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - פארוואס צערייסן זיך מיינע קליידער זייער שנעל?
קליידער, תפילות אויף אידיש, תשובה, ספר המידות, תיקונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך דארף פאררעכטן, איך זע זייער אפט ווען איך באקום שוין ענדליך א נייע קלייד, אדער סיי וואסערע שיינע זאכן אנצוטון, ווערט עס נישט לאנג נאכדעם חרוב, אדער צוריסן אדער פארפלעקט. איך זע דאס לעצטנס מער אפט פון אמאל.


איך בין זיכער אז דער צדיק האט אן עצה פאר יעדן פראבלעם, וואס דארף איך תשובה טון און פאררעכטן אז דאס זאל נישט פאסירן?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ענטפערן, און דער ראש ישיבה שליט"א זאל נישט ברוגז זיין אז איך פרעג אזעלכע נארישקייטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די קליידער, זיי זאלן נישט זיין צעריסן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכז): "הַבְּגָדִים יִהְיוּ שְׁלֵמִים תָּמִיד וְלֹא קְרוּעִים", די קליידער זאלן זיין גאנץ און נישט צעריסן, "כִּי הַבְּגָדִים בְּעַצְמָן תּוֹבְעִין אֶת הָאָדָם אִם לֹא נִזְהָר בִּשְׁמִירָתָן לְכַבְּדָן כָּרָאוּי וּלְהַחֲזִיקָן בִּנְקִיּוּת", ווייל די קליידער וועלן מאנען פונעם מענטש פארן זיי נישט האלטן ריין און פארן זיי נישט מכבד זיין.


דער רבי האט א גאנצע סימן אין ספר המידות וועגן 'בגדים', קליידער; עס אזי כדאי צו לערנען דעם סימן און בעטן דעם אייבערשטן ביי יעדע אות. צום ביישפיל אות א' זאגט דער רבי: "בִּגְדֵי אָדָם מְרַמְּזִים עַל מִדּוֹתָיו שֶׁל אָדָם", מען קען זען די נאטורן פונעם מענטש, לויט ווי אזוי מען גייט אנגעטון, מיט וואס פאר א קליידער; בעט מען דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל אויסארבעטן מיינע מידות, איך זאל זיין איידל און באשיידן, ביז מען וועט קענען זען אויף מיינע קליידער אז איך בין איידל און צניעות'דיג".


אין אות ב' זאגט דער רבי: "מִי שֶׁהוֹלֵךְ יָחֵף, בְּיָדוּעַ שֶׁהוּא חוֹטֵא", זינדיגע מענטשן גיין בארוועס; בעט מען: "הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, איך וויל תשובה טון, איך וויל נישט גיין בארוועס", און אזוי ווייטער אין אות ד' זאגט דער רבי: "מִי שֶׁאֵינוֹ נִזְהָר לְהִסְתַּכֵּל בְּעֶרְוַת אָבִיו, לְסוֹף שֶׁיֵּלְכוּ בָּנָיו 'עָרוֹם וְיָחֵף'", אויב מען היט נישט די אויגן וכו' - באקומען די קינדער א שטראף אז זיי האבן נישט קיין קליידער; בעט מען: "הייליגער באשעפער היט מיר מיינע אויגן, איך זאל נישט קוקן וכו', מיינע קינדער זאלן נישט געשטראפט ווערן".


אין אות ה' זאגט דער רבי:  "מִי שֶׁאוֹכֵל קֹדֶם הַתְּפִלָּה, הוּא נֶעֱנָשׁ בִּבְגָדִים", אז מען עסט אינדערפרי פארן דאווענען ווערט מען געשטראפט מיט די קליידער; בעט מען: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל גארנישט ארייננעמען אין מויל איידער איך דאווען צו דיר". אין אות ו' זאגט דער רבי: "עַל יְדֵי גַּאֲוָה נֶעֱנָשׁ בִּבְגָדִים", דורך גאווה באקומט מען אן עונש אויף די קליידער; בעט מען: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך נישט גרויסן אויף קיינעם, איך זאל שטענדיג געדענקען פון דיר און טראכטן פון דיר"; און אזוי ווייטער.


דער רבי האט עצות אויף יעדע זאך, מען דארף לערנען דעם רבינ'ס ספרים און בעטן אויף יעדע זאך מען זאל דאס קענען מקיים זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זאל מען נישט בעטן דעם אייבערשטן, אויב מען קען זיך אליין אן עצה געבן?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, צדיקים, נסים, השתדלות, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי שרייבט אין ספר המדות, (ערך צדיק, סימן ע"א) "אל תתפלל ואל תטריח את קונך, כל זמן שאתה יכול לעשות בפעולה", זאלסט נישט מתפלל זיין און מטריח זיין דעם אייבערשטן, ווי לאנג טו קענסט עפעס טון צו דעם. דער שטיקל איז מיר זייער שווער צו פארשטיין, וואס הייסט מען זאל נישט מתפלל זיין? וואס דען זאל איך טון? דער רבי לערנט אונז דאך אז עס איז נישטא א זאך אויף וואס תפלה זאל נישט העלפן.


אויסער דעם, דארף דען א מענטש כסדר מאכן דעם חשבון, 'יעצט קען איך עפעס טון, וועל איך יעצט נישט מתפלל זיין; און יעצט אז איך קען גארנישט טון דערצו, זאל איך יא בעטן דעם אייבערשטן', מען קען דאך נישט זאגן אזוי.


איינער האט מיר געוויזן אז מוהרא"ש ברענגט דעם שטיקל אין שו"ת ברסלב, אויף דעם וואס איינער פרעגט אן איבער א געוויסע מעדעצינישע באהאנדלונג, און מוהרא"ש ענטפערט אז מען זאל עס מאכן, און ער ברענגט צו דעם שטיקל ספר המדות אויף דעם. און עס איז מיר זייער שווער געווען, אפילו מען דארף טאקע מאכן די מעדעצינישע פראצעדור, קען מען דען נישט מתפלל זיין אויף דעם? אפילו עס וועט דארפן פאסירן א נס אז דער מענטש זאל געהיילט ווערן, איז דאך תפלה שטערקער פון אלעס.


אגב, האב איך זיך געוואונדערט פארוואס דער שטיקל איז אין ערך "צדיק", וואו קומט עס דארט אריין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי און אודאי דארף מען אויף יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות תפילה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים, הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל הֵן עַל דָּבָר קָטָן, תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך, סיי אויף א גרויסע זאך און סיי אויף א קליינע זאך - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.) אויפן פסוק (תהילים לב, ו): "עַל זֹאת יִתְפַּלֵּל כָּל חָסִיד אֵלֶיךָ לְעֵת מְצֹא", מען זאל בעטן אויף א שידוך, און מען זאל בעטן מען זאל מצליח זיין אין לערנען. אויך אויף מיתה; מען זאל שטארבן מיט א גרינגע מיתה, אויך אויף קומען צו קבורה, און אויך אויף בית הכסא; זעט מען אז מען דארף בעטן אויף גרויסע זאכן, ווי א שידוך און מצליח זיין אין תורה, מיתה און קבורה, און סיי אויף קליינע זאכן - ווי אויף בית הכסא.


אזוי אויך האט רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלג) ער האט אמאל געדארפט עפעס, האט אים דער רבי געזאגט: "בעט דעם אייבערשטן אויף דעם", און רבי נתן האט געטראכט צו זיך 'וואס הייסט, אויף דעם דארף מען אויך בעטן?' האט אים דער רבי פארגעהאלטן און געפרעגט: "עס פאסט דיר נישט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?" אויף יעדע זאך דארף מען בעטן דעם אייבערשטן.


אבער ווען עס קומט צו טוישן די טבע - דארף מען טון וואס מען קען, און נאר אז מען קען גארנישט טון - דעמאלט בעט מען אויף א נס. אזוי ווי מיר געפינען, די הייליגע חכמים דערציילן (עבודה זרה, יח) דער הייליגער רבי מאיר בעל הנס איז געגענגען ארויסכאפן זיין שוועגערין פון די רויבער וואס האבן איר געפאנגען. ער האט מיטגענומען א זעקל געלט צו געבן פאר די שומרים, כדי זיי צו משחד זיין זיי זאלן איר שטילערהייט באפרייען. ער האט געבעטן דעם שומר: "געב מיר אהער מיין שוועגערין", האט דער שומר געזאגט: "איך האב מורא מען וועט מיך פארהאלטן וואו זי איז", האט רבי מאיר אים געגעבן די זעקל געלט, אז אויב מען וועט אים פארהאלטן זאל ער זיי געבן געלט. האט דער שומר געפרעגט: "וואס וועל איך טון ווען די געלט וועט זיך ענדיגן?" האט רבי מאיר געזאגט: "זאלסטו זאגן 'אלקא דמאיר ענני' און דו וועסט זיך ראטעווען פון זיי".


זאגט דער מהרש"א, וואס האט אויסגעפעלט אז רבי מאיר זאל געבן געלט, ער האט דאך גלייך געקענט אויסלערנען די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני'?! נאר "כל כמה דהוה מצי לאצולי בממון", ווי לאנג ער האט זיך געקענט ראטעווען מיט געלט – "לא הוה בעי לאצולי על ידי נס", האט ער זיך נישט געוואלט ראטעווען מיט א נס, "באלקא דמאיר ענני", מיט די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני', נאר נאכן נישט האבן מער קיין געלט האט ער זיך באנוצט מיט א נס. אויף דעם זאגט דער רבי (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן סז): "כָּל זְמַן שֶׁתּוּכַל לְהִנָּצֵל עַל יְדֵי מָמוֹן, אַל תְּשַׁמֵּשׁ בִּתְפִלּוֹת", ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען דורך געלט - זאלסטו זיך נישט באנוצן מיט תפילות, דאס זעלבע זאגט דער רבי (שם אות ישועה, סימן ח): "אַל תִּסְמֹךְ עַל הַנֵּס, כָּל זְמַן שֶׁאֶפְשָׁר לְךָ לְהִנָּצֵל בְּמָמוֹן אוֹ בְּדָבָר אַחֵר", פארלאז זיך נישט אויף א נס ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען מיט געלט, און א דריטע מאל זאגט דער רבי (שם אות צדיק, סימן עא): "אַל תִּתְפַּלֵּל וְאַל תַּטְרִיחַ אֶת קוֹנְךָ, כָּל זְמַן שֶׁאַתָּה יָכוֹל לַעֲשׂוֹת בִּפְעֻלָּה", דאווען נישט און באמוטשע נישט דעם אייבערשטן ווילאנג דו האסט די מעגליכקייט צו טון עפעס זיך צו העלפן; דעריבער זאגט מוהרא"ש, 'וואס גייסטו נישט צום דאקטער אראפנעמען די האר', ווייל אז מען קען עס היינט טון גרינגערהייט - דארף מען טון און נישט בעטן אויף ניסים.


אויף די פראגע, וואס האט דאס מיט צדיק; ווער לערנט אונז אויס דאווענען? ווער לערנט אונז אויס מיר זאלן נישט אפלאזן די זאך פון תפילה? נאר דער צדיק; דאס איז דאך די גאנצע זאך פון צדיק, ער איז מחזק צוריק צו גיין נאכאמאל און נאכאמאל צום אייבערשטן, און ער לערנט אונז וואס צו בעטן און ווי אזוי צו בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.