שאלה אין קורצן ענין
#23 - וועלכע חומרות זענען וויכטיג און וועלכע נישט?
עבודת השם, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז ס'איז דא א פלאץ וואו מ'קען פרעגן אלע סארט שאלות, און באקומען אזעלכע קלארע ענטפערס.


איך בין אויפגעוואקסן אין זייער א שטארקע פרומע סביבה, מיט פילע חומרות און דקדוקים, און דאס האט מיר געברענגט א שטארקע דערווייטערונג פון אידישקייט, ס'איז געווען צופיל פאר מיר. ביז ווען איך בין אנגעקומען צו די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס רעדט פון פשוטע אידישקייט, פון היטן שבת און לייגן תפלין, און אז דער אייבערשטער וויל מיר זאלן זיין פשוטע אידן, היטן תורה און מצות אן קיין איבריגע חומרות, און דאס געבט מיר אסאך חיזוק אין אידישקייט.


למעשה בין איך אבער געווארן אביסל צעמישט, ווי אזוי ווייסט מען וועלכע חומרות זענען יא וויכטיג, חומרות פון די פריערדיגע צדיקים, און וועלכע חומרות זענען סתם איבריג און ס'פעלט נישט אויס צו אידישקייט?


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר דאס קלאר שטעלן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר אידישקייט איז ווען מען פירט זיך פשוט אן קיין חכמות; "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם, וְהַכּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", אסאך רשעים וואס האבן פארדרייט די וועלט מיט זייערע טעותים, איז אלעס געקומען ווייל זיי האבן גענוצט זייער חכמה; אפילו די אלע חכמות וואס מען האט אין עבודת השם האט אויך נישט דער רבי געהאלטן דערפון, ווייל דאס ווארפט אראפ דעם מענטש און צום סוף לאזט מען אלעס אפ, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם', 'וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען שטענדיג מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה אדער נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


אז דו ווילסט וויסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, וואס פאר א חומרא מען דארף יא מקפיד זיין, זאלסטו לערנען אסאך דעם רבינ'ס ספרים וועסטו וויסן וואס יא און וואס נישט. ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמג): "כְּבָר הָיָה לוֹ חֵשֶׁק כַּמָּה פְּעָמִים לַעֲשׂוֹת הֲלָכוֹת פְּסוּקוֹת עַל הַשֻּׁלְחָן עָרוּךְ לְבָאֵר כָּל דִּין וָדִין בַּהֲלָכָה פְּסוּקָה אוֹ לְהַצִּיג הֲלָכָה כְּדִבְרֵי מִי מֵהַפּוֹסְקִים אֵצֶל כָּל דִּין וָדִין", איך האב געהאט חשק צו מאכן א ספר אויפן שלחן ערוך אנצוצייכענען אויף יעדע הלכה וואס דער דין איז הלכה למעשה, "אַךְ עַכְשָׁו שֶׁיָּצָא זֶה הַסֵּפֶר לָעוֹלָם לֹא יִהְיֶה עִנְיָן הנ"ל", אבער אזוי ווי עס איז ארויס געקומען דער ספר 'ליקוטי מוהר"ן' פעלט דאס שוין נישט אויס.


מוהרא"ש איז מסביר, וואס פאר א שייכות האט ליקוטי מוהר"ן מיט הלכה, דער ספר ליקוטי מוהר"ן רעדט דאך נישט פון הלכה?! נאר ווען מען איז זוכה צו לערנען אסאך דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן איז מען זוכה צו באקומען א קלארע און לויטערער כח המדמה צו וויסן וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון. בפרט אז דו וועסט לערנען די הייליגע בריוון פון ספר "אשר בנחל" וועסטו וויסן ביי יעדע פרט ווי אזוי זיך צו פירן און אלע מצוות וועסטו טון פול מיט שמחה און דביקות בהשם יתברך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#22 - איין מינוט בין איך גוט און איין מינוט שלעכט, וואס טוט מען?
עבודת השם, התחזקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן אויב איך בין אן ערליכער איד. פון איין זייט טראכט איך אסאך פונעם אייבערשטן און פון תכלית הנצחי, אבער למעשה שפיר איך ווי א מעורב טוב ורע, וויבאלד ווען ס'קומט צו גיין אין גאס קען איך זיך נישט שטארקן אויף מיין יצר הרע, איך מוז קוקן אויף זאכן וואס מ'טאר נישט, און צו די זעלבע צייט קען איך ווייטער טראכטן פונעם אייבערשטן.


ווי אזוי ארבעט דאס? אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר דאס פארענטפערן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן; לאז זיך נישט צעברעכן פון די בלבולים וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (עיין קיצור ליקוטי מוהר"ן השלם, חלק א', סימן ו): "העיקר מה שקורין 'זיך דערהאלטן'"; דאס איז די גרויסקייט פון א איד, אז ער דערהאלט זיך און פרובירט צו דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, אפילו עס זעט אים נישט אויס ווי ער קריכט ארויס פון זיינע שלעכטע מעשים. פארקערט, עס דאכט זיך אים אז ער ווערט נאר ווייטער און ווייטער פונעם אייבערשטן - דאך גייט ער ווייטער אן מיט זיין עבודת השם; מיט תורה, תפילה ומעשים טובים.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ער האט געהערט פון א ברסלב'ער חסיד זיין סיפור התקרבות (יעדער ברסלב'ער חסיד האט זיין מעשה ווי אזוי ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן), אז ווען ער איז נאך געווען א בחור און עס איז אויף אים אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער איז געווען שבור ורצוץ - איז ער אמאל אנגעקומען אין א ברסלב'ע שטיבל אין ווארשע. פונקט ווען ער איז אריין געקומען האט ער געהערט ווי איינער זאגט פאר'ן צווייטן אויפן קול, בזה הלשון: "ברודער, ביסט אראפגעפאלן? הייב זיך אויף, דער הייליגער רבי האט געזאגט אז מען פאלט דארף מען זיך אויפהייבן"; האט דער איד דערציילט פאר מוהרא"ש: "ווען איך האב געהערט די ווערטער איז דאס אריין אין מיר מיט אזא שטארקייט, איך האב געטראכט 'דאס איז דאך ממש וואס איך דארף הערן', פאר די ווערטער האט זיך מיר געלוינט צו קומען אהער", און אזוי איז ער מקורב געווארן צום רבי'ן.


שטארק זיך ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן און קוק נישט אויף דעם אז דו האלסט אין איין אראפפאלן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם לִבְלִי לְהָנִיחַ אֶת מְקוֹמוֹ, דְּהַיְנוּ מְעַט מִקְצָת עֲבוֹדָתוֹ שֶׁהִתְחִיל - אַף אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה", א מענטש דארף זיין זייער א גרויסער עקשן נישט אפצולאזן זיין עבודת השם - סיי אין תורה סיי אין תפילה, "וּזְכֹר דָּבָר זֶה הֵיטֵב, כִּי תִּצְטָרֵךְ לָזֶה מְאֹד כְּשֶׁתַּתְחִיל קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", געדענק גוט וואס איך זאג דיר - זאגט דער רבי - ווייל ווען דו וועסט אנהייבן דינען דעם אייבערשטן וועסטו דאס דארפן גוט וויסן, "כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ, לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמֹד עַל עָמְדוֹ", ווייל מען דארף זיין א גרויסער עקשן נישט אויפצוהערן דינען דעם אייבערשטן ווען עס גייט אריבער ספיקות און בלבולים וכו' וכו', מען דארף זיך האלטן מיט אלע כוחות; לערן דורך דעם גאנצן תורה וועסטו האבן שטארקע חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - ווי אזוי שעמט מען זיך פונעם אייבערשטן?
עבודת השם, התחזקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק.


איך הער אסאך ביי די שיעורים אז מ'דארף זיך שעמען פונעם אייבערשטן, איך פארשטיי אבער נישט וואס דאס מיינט. זיך שעמען פון א מענטש פארשטיי איך אז דער מענטש מיינט דאך אז איך בין ווער ווייסט וואס, און פלוצלינג האט ער מיר געכאפט ביי די מעשה, ווער איך פארשעמט; ווען עס קומט אבער צום אייבערשטן, וואס ער באגלייט מיר ביי טריט און שריט, ער ווייסט אלעס וואס כ'האב געטון, גערעדט, און געטראכט מיין גאנץ לעבן, איז עס נישט אזוי ווי ער האט מיר פלוצלינג געכאפט ביי עפעס שלעכטס, ממילא וואס איז שייך זיך צו שעמען?


איך האף איר וועט מיר דאס קלאר שטעלן. יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאר דער הייליגער תנא רבי יוחנן בן זכאי איז נפטר געווארן זענען געקומען זיינע תלמידים זיך געזעגענען פון אים און זיי האבן אים געבעטן (ברכות כח:): "רֶבִּי, בָּרְכֵנוּ", דער רבי זאל אונז בענטשן פאר ער גייט אוועק פון די וועלט, האט דער הייליגער רבי יוחנן בן זכאי זיי געבענטשט מיט די פאלגענדע ברכה: "יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּהֵא מוֹרָא שָׁמַיִם עֲלֵיכֶם כְּמוֹרָא בָּשָׂר וָדָם", איך בענטש אייך אז איר זאלט מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי איר האט מורא פון א בשר ודם, האבן די תלמדים געפרעגט: "רֶבִּי, עַד כַּאן?" דער רבי געבט אונז אזא קליינע ברכה, מיר זאלן מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי מיר האבן מורא פון א בשר ודם און נישט מער? "אָמַר לָהֶם, וּלְוַאי", האט ער זיי געענטפערט: "הלואי זאלט איר מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי איר האט מורא פון א בשר ודם, ווייל דעמאלט וועט איר מער נישט זינדיגן", ווייל ווען א מענטש וויל טון אן עבירה זארגט ער זיך אז קיינער זאל נישט וויסן וואס ער טוט, ער פארמאכט אלע פענסטערס און אלע שפאלטענס אז קיינער זאל נישט אויסגעפונען וואס ער טוט, אבער דער מענטש טראכט נישט: 'געוואלד און געשריגן, דער אייבערשטער איז דאך דא, ער זעט אלעס וואס איך טו'.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז (בראשית רבה פז, ה) אז ווען אשת פוטיפר האט געמוטשעט יוסף הצדיק צו טון מיט אים אן עבירה, ווען זי האט געזען אז יוסף הצדיק דריידט זיך שטענדיג ארויס פון איר און ער וויל נישט טון די עבירה, האט זי אים פארגעשלאגן אז זי גייט צודעקן אלע פיקטשערס פון די ווענט און אזוי האט זי געטון, זי האט ארויפגעלייגט ליילעכער אויף אלע געטשקעס און אויף אלע פיקטשערס און געקומען צו יוסף און געזאגט: "יעצט זעט קיינער נישט וואס מיר טוען, יעצט זאלסטו מיר צו הערן", האט יוסף הצדיק געלאכט און געזאגט: "דיינע געטשקעס קענסטו צודעקן, די אלע בילדער קענסטו פארדעקן, אבער דער אייבערשטער איז דא און ער זעט אלעס, פון אים קען מען זיך נישט באהאלטן".


זוכה זיין צו האבן א ריינע אמונה, מען זאל שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא - דאס באקומט מען דורך דעם צדיק, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; אז מען פאלגט דעם הייליגן רבינ'ס עצה, מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, וואס מען דארף בעט מען דעם אייבערשטן און ווען מען קען נאר דאנקט מען דעם אייבערשטן - דורכדעם ווערט אויסגעקלארט די אמונה ביז מען הייבט אן שפירן אז "דער אייבערשטער איז דא", דעמאלט פירט מען זיך אויף איידל און מען רעדט איידל, דעמאלט איז מען זוכה צו לעבן מיט וואס דוד המלך זאגט (תהלים טז, ח): "שִׁוִּיתִי יְיָ לְנֶגְדִּי תָמִיד", איך לעב שטענדיג מיטן אייבערשטן, און מיט דעם הייבט זיך אן דער שלחן ערוך (אורח חיים סימן א, סעיף א): "שִׁוִּיתִי יְיָ לְנֶגְדִּי תָמִיד" - הוּא כְּלָל גָּדוֹל בַּתּוֹרָה וּבְמַעֲלוֹת הַצַּדִּיקִים הַהוֹלְכִים לִפְנֵי הָאֱלֹקִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א ריינע אמונה און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#20 - ווי מער איך קום צוריק צום אייבערשטן, שפיר איך אז ער דארף מיר נישט
עבודת השם, התחזקות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך זייער געפריידט צו הערן ביי א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען א מענטש קומט צוריק צום אייבערשטן, שפירט ער אז דער אייבערשטער דארף אים נישט, ווייל איך האב אלץ געמיינט אז דאס איז נאר ביי מיר אזוי, און יעצט זע איך אז דאס איז די זעלבע ביי יעדן איינעם.


ביי מיר גייט עס אבער נאך ווייטער, די געפיל אז דער אייבערשטער דארף מיר נישט, מאכט מיר אז איך זאל ווערן שוואכער אין לערנען, אין דאווענען, און נאך מער אראפפאלן רחמנא ליצלן.


וויל איך וויסן אויב דאס איז אויך א נארמאלע זאך ביי יעדן איינעם, אדער איך בין דער פראבלעם? און וואס איז די עצה דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק נישט אויף די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר כאילו דער אייבערשטער איז ברוגז אויף דיר וכו'; עס איז נישט אמת אז דער אייבערשטער דארף דיר נישט, פארקערט, דער אייבערשטער שטייט און ווארט יעדע רגע דו זאלסט צוריק קומען צו אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה יט, ד) אויפן פסוק (איוב לא, לב): "בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר"; "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, "אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל", דער אייבערשטער נעמט צוריק יעדן איינעם; "הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה", די טירן זענען שטענדיג אפן, "וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", און ווער עס וויל צוריק קומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריק קומען צו אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן און ער קומט אן אויף א פלאץ וואו צדיקים קומען נישט אן; ווייל א מענטש וואס איז שוין געווען אריין געכאפט ביים ס"מ רייסט זיך ארויס פון דארט און ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן - דער מענטש איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


די מחשבות וואס דו טראכסט אז דו ביסט שוין נישט ווערד און דער אייבערשטער דארף דיר נישט - דאס איז עצת היצר. ער שפילט מיט יעדע מענטש דעם זעלבן שפיל; קודם ווארפט ער אים אראפ אין עבירות און שפעטער ווען ער זעט אז דער מענטש וויל תשובה טון לייגט ער אריין אין אים א סם המות, אז דער מענטש הייבט אן טראכטן אז מען דארף אים נישט, ער הייבט אן דמיונ'ען אלע סארט דמיונות רחמנא לצלן אז ער איז שוין דערנאך חס ושלום.


אז דו ווילסט פטור ווערן פון די מחשבות זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך: 'התבודדות', א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, מען זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל מען האט שוין געוואלט זיין גוט פאלט מען נאכאמאל צוריק אריין אין בלאטע, און דאס וואס מען שפירט אז מען דארף אים נישט וכו'.


פאלג דעם רבי'ן; זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און יעדן טאג זאלסט אהין גיין זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן. פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר און ווי ער ווארפט דיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות! דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר און דו דארפסט מיר נישט. איך גיי ארום מיט נארישע מחשבות אז 'איך בין שוין א פארפאלענער', איך בין אזוי דערשראקן פון די מחשבות אז דאס אליינס מאכט מיר איך זאל נאך מער אראפ פאלן, איך פאל און איך פאל אראפ ביז איך טראכט אז איך קען שוין נישט תשובה טון.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. טאטע זיסער, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד; איך האלט אין איין אראפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויסצורייסן דערפון. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מיך קענען היטן מיינע אויגן, געב מיר ריינע אויגן. איך וויל נישט קוקן שמוציגע מאוויס און שמוציגע קליפס, אבער וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן?! איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר; מיינע אויגן זענען צו דיר געוואנדן: הִנֵּה כְעֵינֵי עֲבָדִים אֶל יַד אֲדוֹנֵיהֶם, כְּעֵינֵי שִׁפְחָה אֶל יַד גְּבִרְתָּהּ - כֵּן עֵינֵינוּ אֶל ה' אֱלֹקֵינוּ עַד שֶׁיְּחָנֵּנוּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#19 - מעג מען זיך עקשנ'ן מיט תפלה, אדער נישט?
תפילה והתבודדות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי זאגט אסאך אז מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן זייער פיל, מ'דארף אים בעטן און בעטן אויף אלע מיני וועגן און קיינמאל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, אבער פון די אנדערע זייט זאגט דער רבי אז מ'טאר זיך נישט עקשנ'ן. ווי אזוי ארבעטן די צוויי זאכן אינאיינעם?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", אז קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אויף אנדערע געברויכן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


דאס איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", מען דארף זיין א גרויסער עקשן ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן מייאוש ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויסצואווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה, אבער פון די אנדערע זייט טאר מען נישט דוחק זיין די שעה אז עס מוז זיין אזוי ווי איך וויל וכו' און דער אייבערשטער מוז טון וואס איך וויל וכו' ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לב:): "כָּל הַמַּאֲרִיךְ בִּתְפִלָּתוֹ וּמְעַיֵּין בָּהּ סוֹף בָּא לִידֵי כְאֵב לֵב", ווער עס זאגט: 'איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן און איך זע נאך נישט קיין ישועה?' דער באקומט הארץ ווייטאג, אזוי ווי עס שטייט (משלי יג, יב): "תּוֹחֶלֶת מְמוּשָׁכָה מַחֲלָה לֵב", אזוי ווי רש"י זאגט (שם, דבור המתחיל "ומעיין בה"): "מְצַפֶּה שֶׁתֵּעָשֶׂה בַּקָּשָׁתוֹ עַל יְדֵי הַאֲרִכָתוֹ, סוֹף שֶׁאֵינָהּ נַעֲשֵׂית, וְנִמְצֵאת תּוֹחֶלֶת מְמֻשֶּׁכֶת חִינָם, וְהִיא כְּאֵב לֵב כְּשֶׁאָדָם מְצַפֶּה וְאֵין תַּאֲוָתוֹ בָּאָה"; עיין שם.


דאס זאגט אונז דער הייליגער רבי, פון איין זייט דארף א מענטש טראכטן: 'בין איך א גרויסער עקשן, איך וועל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן און אים שטענדיג בעטן, אבער פון די אנדערע זייט בעט איך אים ברחמים ובתחנונים: "רבונו של עולם העלף מיר! איך דארף א ישועה; איך ווייס עס קומט מיר גארנישט און איך בין נישט ווערד זאלסט מיר אויסהערן, דאך בעט איך דיר אייבערשטער געב מיר א מתנת חינם און נעם אן מיין געבעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - איך האב נישט קיין געפיל צו אידישקייט, וואס קען איך טון?
תפילה והתבודדות, עבודת השם, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין געפיל צו אידישקייט, וואס קען איך טון?


לייבי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד לייבי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים הייליגן רבי'ן; דו ווייסט דאך אז דער רבי האט זייער אסאך גערעדט צו זיינע תלמידים פון תפילה והתבודדות און פון זאגן תהילים - אז דאס איז דער עיקר אין עבודת השם. איינמאל ווען דער רבי האט גערעדט פון זאגן תהילים, תחינות ובקשות און שמועסן מיטן אייבערשטן האט זיך אנגערופן ר' יודל זכותו יגן עלינו - א תלמיד פון רבי'ן - און געפרעגט: "אֵיךְ זוֹכִין שֶׁיִּהְיוּ הַדִּבּוּרִים בְּהִתְעוֹרְרוּת הַלֵּב?" ווי איז מען זוכה צו זאגן תהילים און רעדן צום אייבערשטן מיט א געפיל, אז עס זאל ארויס קומען פון הארץ? האט דער רבי אים געזאגט: "תּאֹמְרוּ לִי, אֵצֶל אֵיזֶה צַדִּיק קִבַּלְתֶּם הִתְעוֹרְרוּת הַלֵּב? הָעִקָּר הוּא הָאֲמִירָה בַּפֶּה", דער עיקר איז מען זאל רעדן צום אייבערשטן אפילו אן קיין שום געפיל און קיין שום טעם (חיי מוהר"ן, סימן תמא).


עס שטייט נישט ביי קיין שום מצוה: "צְרִיכִין לְהַרְגִּישׁ טַעַם בְּהַמִּצְוָה", אז מען דארף שפירן א טעם ווען מען טוט די מצוה; עס שטייט נישט אין הלכות תפילין אז מען קען לייגן תפילין נאר ווען מען האט א געפיל. מיר דארפן דינען דעם אייבערשטן אין אלע מצבים - נישט קיין חילוק צי מען שפירט א טעם אדער נישט.


נעם דיר גוט אריין אין קאפ אז: "אידישקייט האט גארנישט מיט געפילן"; א מענטש דארף דינען דעם אייבערשטן אפילו ער שפירט נישט קיין שום טעם אין זיין עבודת השם; דאס דארף זיין דער שטרעבן פון א איד: צו דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות ופשיטות אן קיין שום חכמות און זיך פרייען מיט פשטות יהדות; גיין דאווענען יעדן טאג שחרית מנחה מעריב מיט מנין, לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, אביסל משניות און גמרא און זיין פרייליך מיט דעם אז מען איז א איד און אז מען איז זוכה צו דינען דעם אייבערשטן.


מאך דיר א שיעור אין רבינ'ס ספרים, אין זיינע הייליגע שיחות - וועסטו האבן חיזוק צו זיין א איד. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן מח): אמאל האט דער הייליגער בעל שם טוב זכר צדיק לברכה געהערט אויסרופן אין הימל אז ער האט פארלוירן זיין גאנצע עולם הבא, ער איז ער געווארן זייער צעבראכן דערפון און ער האט נישט געהאט מיט וואס זיך צו מחי' זיין, האט ער זיך אנגערופן: "אֲנִי אוֹהֵב אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלֹא עוֹלָם הַבָּא", איך האב ליב דעם אייבערשטן אפילו איך וועל נישט האבן קיין עולם הבא! "וְכָל אָדָם אֲפִלּוּ אִישׁ פָּשׁוּט, אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת כִּי־אִם כְּשֶׁיָּכוֹל לַעֲמֹד בַּכֹּל כַּנַּ"ל", זאגט דער רבי אז יעדער איד וואס וויל דינען דעם אייבערשטן דארף זיין גרייט צו דינען דעם אייבערשטן אפילו מען וועט נישט באקומען קיין שום שכר - נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענע וועלט, נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#17 - זייט איך בין געווען אין אומאן, בין איך גאר ערגער געווארן, וואס טו איך?
אומאן, עבודת השם, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר דריי יאר צוריק בין איך געוואויר געווארן פון הייליגן רבי'ן, איך בין געפארן קיין אומאן ווייל איך בין געווען זייער דערביטערט און פארווייטאגט אויף מיינע שלעכטע מעשים, איך האב נישט געגלויבט אז איך וועל אפילו האבן אן הרהור תשובה, אבער פאקטיש בין איך זייער נתעורר געווארן לתשובה ביים ציון הקדוש, און למעשה בין איך שוין געווען דריי מאל ביים ציון, צוויי דערפון אום ראש השנה, און איך האף צו פארן אויך אויף די קומענדיגע ראש השנה בעזר ה'.


איך שפיר אבער אז זייט איך בין געווען ביים ציון בין איך נאר ערגער געווארן, אמת טאקע אז אן התעוררות און א רצון האב איך באקומען ביים ציון, עס טוט מיר שוין וויי מיינע עבירות, און דער רבי געבט מיר א האפענונג אז איך וועל נאך אמאל ווערן גוט, אבער פאקטיש בין איך ממש ווי געבינדען אין קייטן ביים יצר הרע, ווען עס קומט מיר אונטער א נסיון איז מיר ממש נישט מעגליך זיך צוריקצוהאלטן, אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה וואס צו טון?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן און זאגן דארט דעם תיקון הכללי; דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) ווער עס וועט קומען צו זיין ציון, ער וועט זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שואל תחתית".


דאס וואס דו שפירסט אז זייט דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן פאלסטו אראפ מער און מער, דאס איז ווייל פאר דו האסט זיך דערוויסט פון הייליגן רבי'ן ביסטו געווען אין א הסתר שבתוך הסתר, דו האסט בכלל נישט געוויסט אז דו טוסט שלעכטס. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נו): עס איז דא אמאל וואס דער אייבערשטער איז באהאלטן פונעם מענטש "בְּהַסְתָּרָה תּוֹךְ הַסְתָּרָה", אין א דאפעלטע באהעלטעניש, "דְּהַיְנוּ שֶׁהַהַסְתָּרָה בְּעַצְמָהּ נִסְתֶּרֶת מִמֶּנּוּ דְּהַיְנוּ שֶׁאֵינוֹ יוֹדֵעַ כְּלָל שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נִסְתָּר מִמֶּנּוּ", דאס אליינס אז ער איז ווייט פונעם אייבערשטן איז פון אים פארהוילן, "אֲזַי אִי אֶפְשָׁר כְּלָל לִמְצֹא אוֹתוֹ מֵאַחַר שֶׁאֵינוֹ יוֹדֵעַ כְּלָל מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ער זוכט בכלל נישט אויף דעם אייבערשטן ווייל ער ווייסט נישט אז עפעס פעלט אים, נאר ווען דער מענטש קומט צום צדיק נעמט דער צדיק אראפ דעם ערשטן הסתר, מען הייבט אן שפירן און זען וואס מען טוט אלץ, מען הייבט אן זען ווי ווייט מען איז פון די קדושה, וויפיל מען דארף אלץ מתקן זיין, דעמאלט הייבט מען אן זוכן א וועג דאס אלעס צו פאררעכטן.


מענטשן פרעגן פארוואס די ברסלב'ע אידן זענען שטענדיג פארנומען מיט שמחה, זיי זוכן וועגן זיך פרייליך צו מאכן, אנדערע חסידים זענען נישט אזוי פארנומען זיך פרייליך מאכן; דער תירוץ איז אז וויבאלד מיר האבן דעם רבי'ן וואס נעמט אראפ דעם ערשטען הסתרה הייבט מען אן זען ווי אזוי מען זעט אויס, מען הייבט זיך אן צו פרעגן: "וואו בין איך אויף דער וועלט?" ביז מען איז זוכה אלעס צו פאררעכטן.


דעריבער זאלסטו נישט זאגן אז דו ווערסט נאר ערגער וכו'; דאס איז נאר ווייל יעצט האט דיר דער רבי אויפגעוועקט פון דיין טיפן שלאף, דערפאר הייבסטו אן צו זען וואס עס טוט זיך מיט דיר. דו שרייבסט דאך אליינס אז דו האסט נישט געטראכט פאר דעם אז דו וועסט נאך זוכה זיין צו האבן הרהורי תשובה, נאר ווען דו ביסט געקומען קיין אומאן האט זיך דיר געעפענט דיין הארץ און דו האסט תשובה געטון אויף אלע דיינע מעשים, און יעדע מאל דו לערנסט די ספרים פון הייליגן רבי'ן ברענגט דאס אריין אין דיר א האפענונג, דעריבער זאלסטו אודאי קומען קיין אומאן אויף ראש השנה וועסטו זוכה זיין ארויס צו קריכן פון דיין טיפע בלאטע און אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#16 - וואס טוט מען ווען מ'איז אמאל א גלח און אמאל א מלאך?
עבודת השם, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין בטבע א מענטש וואס מ'רופט "אמאל א גלח און אמאל א מלאך", אסאך מאל פיל איך מורא'דיג דערהויבן, איך שפיר אז איך בין נאנט צום אייבערשטן, אבער אסאך מאל פיל איך זייער ווייט פונעם אייבערשטן.


געווענליך ווען אייבערשטער שפיר אמת'דיג דערהויבן, כאפ איך נאכדעם אזא שטארקע קלאפ אז איך פאל ממש אריין אין שאול תחתית, און דעמאלט טראכט איך אז אפשר לוינט זיך בכלל נישט צו זיין נאנט צום אייבערשטן אויב קומט נאכדעם אזא קלאפ, לא מדובשך ולא מעוקצך.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה וואס צו טון?


א גרויסן יישר כח


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם הייליגען רבינ'ס ספרים איז די עצה פאר דיר; דער רבי איז מחזק א מענטש אז מען זאל נישט ווערן צעפאלן ווען מען זעט זיך נאכאמאל אין די הענט פונעם יצר הרע, נאר מען זאל ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רסא): "כְּשֶׁנּוֹפֵל אָדָם מִמַּדְרֵגָתוֹ יֵדַע שֶׁמִּן הַשָּׁמַיִם הוּא", ווען א מענטש שפירט ווי ער פאלט אראפ פון זיין מדריגה זאל ער וויסן דאס איז פון הימל, "כִּי הִתְרַחֲקוּת תְּחִלַּת הִתְקָרְבוּת", ווייל דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז מקרב דעם מענטש צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נָפַל, שֶׁיִּתְעוֹרֵר יוֹתֵר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס וואס מען שפירט זיך אראפגעפאלן איז נאר אז מען זאל זיך מער דערנענטערן צום אייבערשטן, "וַעֲצָתוֹ שֶׁיַּתְחִיל מֵחָדָשׁ לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה' כְּאִלּוּ לֹא הִתְחִיל עֲדַיִן כְּלָל מֵעוֹלָם", די עצה איז מען זאל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן פונדאסניי כאילו מען האט נאך קיינמאל נישט עוסק געווען אין דעם, "וְזֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה' שֶׁצְּרִיכִין מַמָּשׁ בְּכָל יוֹם לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ", זיך כסדר באנייען איז א גרויסע יסוד אין עבודת השם, מען זאל שטענדיג אנהייבן פון פריש צו דינען דעם אייבערשטן, און ר' נתן פירט אויס: "וְעַיֵּן עִנְיָן זֶה עוֹד בְּכַמָּה מְקוֹמוֹת בְּסִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, כַּמָּה צָרִיךְ הָאָדָם לְהִתְחַזֵּק בַּעֲבוֹדַת ה' וְלִבְלִי לִפֹּל מִשּׁוּם דָּבָר שֶׁבָּעוֹלָם, רַק לְהַתְחִיל בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", לערן דעם רבינ'ס ספרים וועסטו זען ווי סאך מען דארף ארבעטן אויף דער נקודה - זיך כסדר אויפצופרישן און זיך נישט לאזן צעברעכן פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. עַיֵּן הֵיטֵב בְּעִנְיָן זֶה, וְיֶעֱרַב לְךָ לָעַד.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים וועסטו נישט ווערן צעפאלן פון גארנישט; אפילו דו וועסט שפירן ווייטער ווי דו האלסט אין איין אראפ פאלן וכו' וועסטו דאס נישט אנקוקן ווי א נפילה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודות השם און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפ גיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפ געפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה.


דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען זיך אויס צו רעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, הער נישט אויף אים צו בעטן: "באשעפער איך וויל זיין גוט"; הער נישט אויף צו זאגן: "טאטע איך וויל זיין אן ערליכער איד, עס איז מיר אזוי שווער, וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק". וויסן זאלסטו אז יעדעס ווארט וואס מען בעט דעם אייבערשטן גייט ארויף אויבן אין הימל. נאך מער שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קנ:) אז קיין איין גוטע ווילן ווערט נישט פארלוירן פונעם אייבערשטן; ווען א מענטש זעט אז ער איז נאך ווייט פון קדושה זאל ער בענקען און האפן צו זיין גוט, ווארטן און וועלן זיין ערליך, ביז ער וועט זוכה זיין צו זיין שטארק און דינען דעם אייבערשטן זיין גאנץ לעבן, איז דאך זיכער אז קיין איין תפילה ווערט נישט פארפאלן, עס נעמען זיך צוזאמען אלע גוטע ווערטער ביז מען איז זוכה אנצוקומען צו אלע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#15 - ווי אזוי דינט מען דעם אייבערשטן שלא לשמה?
עבודת השם, ספיקות, תמימות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר'ן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט צו ענטפערן מיינע שאלות. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע שאלות בעניני עבודת ה'.


א. מעג מען דינען דעם אייבערשטן מיט'ן ציל אנצוקומען צו מדריגות און רוח הקודש, דער רבי זאגט (ספר המדות, אמת אות א') "מִי שֶׁרוֹצֶה לְדַבֵּק אֶת עַצְמוֹ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, עַד שֶׁיֵּלֵךְ בְּמַחֲשַׁבְתּוֹ מֵהֵיכָל אֶל הֵיכָל וְיִרְאֶה אֶת הַהֵיכָלוֹת בְּעֵינֵי הַשֵּׂכֶל, יִשְׁמֹר אֶת עַצְמוֹ מִלּוֹמַר שֶׁקֶר אֲפִלּוּ בְּטָעוּת", אויך פלעגט מוהרא"ש זאגן אז ווען מ'האט אינזין דאס גאנצע דאווענען איז מען זוכה צו רוח הקודש, אויך ביי די תפלה וואס מ'זאגט ביי כתר אין די ימים נוראים קען מען דארט מתפלל זיין אויף רוח הקודש. פון די אנדערע זייט האב איך געזען אין ספר אוהב ישראל (ליקוטים פרשת ויקרא) אז ער האט געזען ערליכע אידן וואס זענען משוגע געווארן און אריינגעפאלן אין א מרה שחורה ווייל זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן נאר צוצוקומען צו מדריגות, און אזוי ווי זיי זענען נישט אנגעקומען דערצו, זענען זיי אינגאנצן צופאלן דערפון. איז וואס איז דער ריכטיגער וועג? מעג מען אינזין צו דינען דעם אייבערשטן כדי אנצוקומען צו מדריגות און רוח הקודש?


ב. מען זעט אין חז"ל אז מ'מעג דינען דעם אייבערשטן שלא לשמה, אויך האב איך געזען שטיין אז מען קען נישט צוקומען בכלל צו לשמה, נאר דורכ'ן טון קודם שלא לשמה, ס'שטייט אבער אין ספר חסידים (סימן מ"ו) אז מ'זאל נישט דינען דעם אייבערשטן סתם אן טראכטן גארנישט, כמצות אנשים מלומדה, נאר מ'זאל טאקע אינזין האבן אז מ'טוט עס מאהבת השכר ומיראת העונש, און אזוי זעט אויך אויס אין שלחן ערוך הרב (הלכות תלמוד תורה סימן ד' סעיף ג').


איז די שאלה צי מ'קען איינמאל פאר אלעמאל טראכטן אז ווען מ'דינט דעם אייבערשטן וועט דאס זיין מיראת העונש ומאהבת השכר, אדער דארף מען עס עקסטער אינזין יעדעס מאל ווען מ'טוט א מצוה אדער מ'האלט זיך צוריק פון אן עבירה?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר דארף א מענטש שטרעבן צוצוקומען צו דינען דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות; צו זיין א פשוט'ער איד, מקיים זיין אלע מצוות פון באשעפער בשמחה און לערנען אסאך תורה; ענדיגן חמשה חמשה תורה, נביאים, כתובים, ששה סדרי משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, אלע מדרשים, שלחן ערוך וכו' וכו'.


אויך דארף מען שטרעבן צוצוקומען צו שפירן דעם אייבערשטן און לעבן מיטן אייבערשטן; דאס איז רוח הקודש.


רוח הקודש מיינט מען נישט אז מען קען זען וואס טוט זיך ביי יענעם פריוואט, רוח הקודש איז ווען דער מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער טראכט פונעם אייבערשטן, ער רעדט צום אייבערשטן און ער גייט צום אייבערשטן ווען עפעס באדערט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כא): "וְרוּחַ הַקּדֶשׁ נִקְרָא עַל שֵׁם הַחָכְמָה, שֶׁהִיא רוּחַ חָכְמָה הַבָּא מִקּדֶשׁ כַּיָּדוּעַ", וואס איז רוח הקודש? א ווילן וואס קומט פון קדושה; ווען א מענטש איז פרייליך, ער גייט ארום מיט א אויפגעלייגטע גוסטע און ער גלייבט אינעם אייבערשטן, ער ווייסט קלאר אז קיינער קען אים גארנישט טון - קיינער קען אים נישט גוטס טון און זיכער נישט שלעכטס טון - דאס איז רוח הקודש, און דאס איז די גרעסטע מדריגה צו וואס מען קען צוקומען.


אזוי אויך ווער עס קוקט גוט אויף א צווייטן איד, ער איז דן לכף זכות יעדן איינעם - דער האט רוח הקודש, אזוי ווי מיר געפונען אז ווען עלי הכהן האט חושד געווען חנה – די מאמע פון שמואל הנביא אז זי איז אנגעטרינקען וכו', האט אים חנה געזאגט (שמואל-א א, טו): "וַתַּעַן חַנָּה וַתֹּאמֶר, לֹא אֲדֹנִי" זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (ברכות לא:): "אָמַר עוּלָא וְאִיתֵּימָא רַבִּי יוֹסֵי בַּר חֲנִינָא: אָמְרָה לֵיהּ: לֹא אָדוֹן אַתָּה בְּדָבָר זֶה וְלֹא רוּחַ הַקֹּדֶשׁ שׁוֹרָה עָלֶיךָ, שֶׁאַתָּה חוֹשְׁדֵנִי בְּדָבָר זֶה", דו האסט מיר געוויזן אז דו האסט נישט קיין רוח הקודש ווייל דו ביסט מיר חושד מיט דעם, "אִיכָּא דְּאָמְרֵי הָכִי אָמְרָה לֵיהּ: לֹא אָדוֹן אַתָּה לַאו אִיכָּא שְׁכִינָה וְרוּחַ הַקֹּדֶשׁ גַּבָּך, שֶׁדַּנְתַּנִי לְכַף חוֹבָה וְלֹא דַּנְתַּנִי לְכַף זְכוּת", די שכינה רוט נישט ביי דיר און דו האסט נישט קיין רוח הקודש, ווייל דו ביסט מיר נישט דן לכף זכות; זעט מען פון דעם אז ווער עס איז נישט חושד א צווייטן איד נאר ער איז יעדן איינעם דן לכף זכות, ער קוקט גוט אויף א צווייטן - דער האט רוח הקודש.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן עב): ווען מען קומט צום צדיק פאלט אויפן מענטש א שפלות; מען הייבט אן זען ווער מען איז, וואס מען האט אלס אפגעטון אין לעבן און וויפיל מען דארף נאך מתקן זיין. מען וויל נישט גארנישט, מען וויל נאר טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן און מען פריידט זיך מיט די מצוות וואס מען טוט; גלייב מיר, דאס איז אסאך גרעסער פון אלץ.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "איך בין צוגעקומען צו אלע מיינע מדריגות נאר ווייל איך האב זיך געפירט בתמימות ובפשיטות"; און דער רבי האט זייער ליב געהאט די אידן וואס זאגן אסאך תהילים און תחינות, אזוי ווי ר' נתן ברענגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קד): "הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת שֶׁל סְתָם בְּנֵי אָדָם הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים, וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹך הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים כְּדֶרֶך הַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים", דער רבי האט זייער געהאלטן פון פשוט'ע אידן וואס לעבן מיטן אייבערשטן בתמימות ובפשיטות.


דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט פאר ער איז נסתלק געווארן: "איך זאל זאגן איך האב נישט גענוג געלערנט - געלויבט דעם אייבערשטן איך האב געלערנט גענוג, אויך געדאווענט, אבער איין זאך ווייס איך נישט צי איך האב געפאלגט דעם רבי'ן - מיט תמימות..."


לאז אפ דיינע חכמות און נארישקייטן, גיי אויף די וועגן פון רבי'ן וועסטו ממילא זוכה זיין צו אלע מדריגות.

#14 - ווי אזוי ווייסט מען אויב מ'האט יוצא געווען אדער נישט?
עבודת השם, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חיזוק יומי און די שיעורים, דאס איז מיר זייער מחזק.


איך בין א בחור אין די יארן, און איך מוטשע זיך זייער אין עבודת ה', איך בין אלעמאל פיל מיט ספיקות אויב איך טו ריכטיג אדער נישט, אויב כ'האב יוצא געווען די מצוה ווי עס דארף צו זיין אדער נישט. יעדן טאג האב איך יסורים ווייל איך ווייס נישט אויב די תפלין ליגט מיר אויפ'ן קאפ אויף די ריכטיגע פלאץ, איך האלט אין איין פרעגן אנדערע בחורים אויב די תפלין ליגט מיר גוט אויפ'ן קאפ. ביים דאווענען קען איך אסאך מאל נישט ענדיגן די גאנצע זייענדיג מסופק אויב כ'האב געזאגט ריכטיג יעדעס ווארט. און בכלל ביי יעדע זאך בין איך פול מיט ספיקות, און איך קען נישט מחליט זיין קיינמאל וואס צו טון.


איך האף איר וועט מיר קענען געבן אן עצה און חיזוק, צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיך לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריין טראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא', דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן.


דער רבי זאגט: "כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת", א מענטש קען נישט יוצא זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בשלימות, 'וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא' וְכוּ'", און דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", און נישט פאר קיין מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - זיי האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


ר' נתן זאגט דארט: "וְהוּא בְּעַצְמוֹ אֵינוֹ מַחְמִיר שׁוּם חֻמְרָא כְּלָל", דער רבי האט נישט געהאט קיין שום חומרות; ווייל דער גרעסטער חכמה איז צו דינען דעם אייבערשטן בפשיטות, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וּבֶאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת, אֲפִילּוּ מִי שֶׁיּוֹדֵעַ חָכְמוֹת בֶּאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת צָרִיך לְהַשְׁלִיך כָּל הַחָכְמוֹת וְלַעֲבֹד אֶת ה' בִּתְמִימוּת בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וְזֶה הִיא הַחָכְמָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַחָכְמוֹת, לִבְלִי לִהְיוֹת חָכָם כְּלָל כִּי בֶּאֱמֶת אֵין חָכָם בָּעוֹלָם כְּלָל 'וְאֵין חָכְמָה וְאֵין תְּבוּנָה נֶגְדּוֹ יִתְבָּרַך'".


וואויל איז דעם מענטש וואס טוט אן תפילין יעדן טאג און איז זיך מחיה מיט דעם, ער טאנצט זיך אונטער בשעת'ן אנטון די תפילין; ביי מוהרא"ש האט מען געקענט זען ווען ער פלעגט אנטון די תפילין, ווי בשעת ער האט געמאכט די ברכה האט ער זיך אונטער געטאנצן, ממש אזוי ווי איינער וואס האט יעצט געוואונען א ריזן סומע געלט.


דאס זעלבע זאג איך דיר, אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן צי די תפילין שטייט דיר גראד אויפן קאפ, זע אז דיין קאפ זאל דיר שטיין גראד; טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט זוכה אנצוטון תפילין, אזוי אויך ווען דו דאווענסט זאלסטו זיך פרייען אז דו האסט די זכיה צו רעדן צום מלך מלכי המלכים, לאז אפ דיינע מחשבות וואס מאטערן דיך צי דו האסט יא געזאגט גוט די ווערטער צי נישט; דער עיקר טאנץ פאר שמחה אז דו קענסט רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - ווי אזוי קען איך מאכן זיכער זיך צו האלטן צו מיינע קבלות?
עבודת השם, התחזקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אסאך מאל אז איך נעם זיך אונטער א גוטע קבלה, ווי למשל צו לערנען משניות יעדן טאג, צו היטן די אויגן אדער די מחשבה, און דאס גלייכן פארשידענע גוטע קבלות. למעשה ווען עס גייט אבער אריבער א שטיק צייט ווער איך שוואך אין דעם, איך קען זיך נישט האלטן ווייטער צו די קבלה.


ווי אזוי קען איך מאכן אז איך זאל זיך האלטן שטארק מיט א גוטע קבלה, און נישט צוריק פאלן?


א גרויסן יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי פארענטפערט די קשיא וואס דו פרעגסט; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רסא): "כְּשֶׁנּוֹפֵל אָדָם מִמַּדְרֵגָתוֹ יֵדַע שֶׁמִּן הַשָּׁמַיִם הוּא, כִּי הִתְרַחֲקוּת תְּחִלַּת הִתְקָרְבוּת, עַל כֵּן נָפַל שֶׁיִּתְעוֹרֵר יוֹתֵר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך", ווען א מענטש פאלט אראפ אין עבודת השם, ער פאלט צוריק צו זיינע פריערדיגע מעשים זאל ער וויסן אז פון הימל האט מען אים אוועק געשטופט, כדי ער זאל אנהייבן פון דאסניי מיט א פרישקייט דינען דעם אייבערשטן, "וַעֲצָתוֹ שֶׁיַּתְחִיל מֵחָדָשׁ לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה' כְּאִלּוּ לא הִתְחִיל עֲדַיִן כְּלָל מֵעוֹלָם", די עצה פאר אים איז ער זאל מאכן א פרישע קבלה, ער זאל פון פריש אנהייבן דינען דעם אייבערשטן כאילו ער האט נאך קיינמאל נישט פרובירט פארדעם, נאר דאס איז די ערשטע מאל וואס ער הייבט אן דינען דעם אייבערשטן. "וְזֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה', שֶׁצְּרִיכִין מַמָּשׁ בְּכָל יוֹם לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ", ווייל דאס איז א וויכטיגער כלל אין עבודת השם, אז מען זאל זיך אלץ באנייען, מען זאל אנהייבן פון פריש דינען דעם אייבערשטן; א מענטש טאר נישט קוקן אויף גארנישט, ער זאל אנגיין אפילו ער האלט אין איין צוריק פאלן, אזוי וועט ער מצליח זיין.


איך בעט דיר, זיי נישט צעבראכן פון דעם וואס דו זעסט אז עס גייט אריבער אסאך צייט און דו מוטשעסט זיך און דו קומסט נישט אן וכו' וכו', ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶך שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען מען וויל ווערן אן ערליכער איד, מען שפירט ווי קיינער דארף דיך נישט, מען האט שטארקע ראיות אז מען דערווייטערט אים; אבער דער רבי זאגט: "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך, דאן וועט ער אלעס אריבער גיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס עס איז נאר פארהאנען.


דאס איז דיין שיינקייט און דאס האט דער אייבערשטער ליב, צו זען ווי א איד וואס עס קאכט אין אים אלע שמוץ און נארישקייטן, דאך דערהאלט ער זיך און ער קומט נאכאמאל צוריק, ער בעט דעם אייבערשטן און ער וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכער איד, האב אויף מיר רחמנות וכו' וכו'"; דאס קען אפילו א מלאך נישט באווייזן.


ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי זאלסטו מאכן יעדן טאג א פרישע קבלה; זאג פארן אייבערשטן: "היינט גיי איך אפלאזן אלע נארישקייטן, היינט הייב איך אן דיר צו דינען, היינט גיי איך זיין אן ערליכער איד"; קוק נישט אויף דעם וואס דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ און געב נישט אויף ווען דו זעסט אז דיינע קבלות האלטן נישט אן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך די ערליכע אידן טועה, ווען זיי זען ווי זיי פרובירן צו זיין גוט און ערליך, און פלוצלינג פאלט מען אראפ אין א ירידה, עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, זאגט דער רבי – "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אז באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו', אבער מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - אויף וועלכע מדה זאל איך קודם ארבעטן?
קדושה, מדות טובות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אנהויבן צו ארבעטן אויף מיר, אויף שמירת עינים, שמירת הברית, און אויף שמירת הדיבור. איך שפיר אז איך וועל נישט קענען טון אלעס אויף איין מאל, וויל איך וויסן מיט וואס איך זאל קודם אנהויבן.


א גרויסן יישר כח.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שמירת עיניים, שמירת הברית און שמירת הדיבור זענען נישט דריי באזונדערע זאכן נאר דאס אלעס איז שמירת הברית; זיך היטן די אויגן און זיך היטן פון רעדן ניבול פה - דאס אלעס איז שמירת הברית, איינס ברענגט דאס צווייטע; אז מען היט זיך נישט די אויגן פאלט מען נאכדעם אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן און נאכדעם רעדט מען ניבול פה. אז דו ווילסט אנהייבן לעבן אן ערליכע לעבן גייט דאס אלעס צוזאמען; דער יסוד פון אן ערליכער לעבן איז שמירת הברית, און מען קען נישט זיין אפגעהיטן בקדושת הברית נאר אז מען האט הייליגע אויגן און א ריינע מויל.


זאג נישט אז דו קענסט נישט טון אלעס אויף איין מאל, ווייל א מענטש האט שטענדיג א בחירה אפילו ווען עס קוקט אים  אויס אז ער קען זיך נישט אפטיילן פון זיינע שלעכטע מעשים. א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן פרעגן ווי אזוי עס קען זיין אז א מענטש האט א בחירה; אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי איז שייך צו זאגן פארן מענטש: "דו האסט א בחירה"? עס איז דאך אוממעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "עס איז זייער פשוט צו פארשטיין דער ענין פון בחירה; אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט ר' נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא: "ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען מיר נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?" דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים.


לייג זיך אריין אין אמונה וועסטו זיך קענען מתגבר זיין אויף דיין יצר הרע. ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ער ווייסט אז עס איז (ישעיהו ו, ג): "מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער איז איבעראל; דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים וועט ער זיך היטן די אויגן, און אז מען האט ריינע אויגן מען קוקט נישט קיין זאכן וואס דער אייבערשטער לאזט נישט קוקן ווערט מען אפגעהיטן פון פגם הברית און אזוי האט מען א ריינעם דיבור.


זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט  - זאג די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט דיר העלפן זיך מתגבר זיין אויף די קליפה וואס איז מכשיל דעם מענטש אין פגם הברית. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - קען מען זיין ערליך און חסידיש, און נאכאלץ הנאה האבן אין לעבן?
בחור, חסידות ברסלב, סמארטפאון, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, איך לערן ב"ה יעדן טאג נאר א דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב אויפגעגעבן מיין סמארטפאון נאר א דאנק א באטע וואס איך בין געווען איינמאל ביים ראש ישיבה פרייטאג צו נאכטס, און איך האב געזען אז מ'קען זיין ערליך און חסידיש, און נאכאלץ הנאה האבן פונעם לעבן. איך האב אלץ געמיינט אז א חסידישע לעבן איז נאר אנגעצויגן און נערוועז און ס'לאזט נישט הנאה האבן אין לעבן.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל מצליח זיין. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יהודה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהודה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה און וואויל איז דיר אז דו האסט אויפגעגעבן דיין סמארטפאון.


דער אייבערשטער זאגט אונז (שיר השירים רבה ה, ג): "פִּתְחוּ לִי פֶּתַח כְּפִתְחוֹ שֶׁל מַחַט", עפן מיר אויף א קליינע טיר אזוי גרויס ווי די לאך פון א נאדל, ווייז מיר אז דו ווילסט זיין גוט, "וַאֲנִי אֶפְתַּח לָכֶם כְּפִתְחוֹ שֶׁל אוּלָם", וועל איך דיר עפענען א גרויסע טיר, איך וועל דיר העלפן זיין גוט; מיט דעם וואס דו האסט אוועקגעווארפן דיין סמראטפאון האסטו געוויזן פארן אייבערשטן אז דו ווילסט זיין גוט, דו ווילסט זיך אפהיטן פון עבירות, וועט דיר דער אייבערשטער באגליקן מיט אלעס גוטס.


וויסן זאלסטו אז נאר דער וואס גייט אויפן וועג פון די תורה האט א גוט לעבן, אן די תורה האט מען נישט קיין לעבן, מען האט נישט די וועלט און נישט יענע וועלט; עס איז א טעות וואס א סאך בני הנעורים מאכן, זיי מיינען אז אן די תורה האט מען די וועלט און דער ערליכע איד האט נאר יענע וועלט; עס איז נישט אזוי, נאר דער וואס גייט נישט מיט די תורה האט נישט די וועלט און נישט יענע וועלט און מיט די תורה, מיט א צדיק, האט מען ביידע וועלטן.


פארוואס זאלסטו טראכטן אז א חסיד'יש לעבן האט מיט נערוועזיקייט און אנגעצויגנקייט, כאילו ערליכע אידן האבן נישט קיין לעבן?! א מענטש וואס זינדיגט אין עבירות אין פגם הברית דער איז נערוועז און אנגעצויגן, ביי אים איז אלעס אויסגעלאשן און טונקל. קוק וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט) ווער עס זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן דער ווערט א נערוועזער מענטש און יעדער ליידט פון אים, ווייל די עבירה ברענגט אריין אינעם מענטש א שטארקע מרירות און מען ווערט זייער דערביטערט רחמנא לצלן.


ביים רבי'ן איז אמאל געווען א מעשה, א איד האט זיך באקלאגט פארן רבי'ן אז זיין בעל הבית שלאגט אים, ער האט געבעטן אויב דער רבי קען רעדן צו אים; ווען יענער איז געקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געפרעגט: "איך האב א קשיא, אפשר קענט איר מיר דאס פארענטפערן; עס שטייט ביי די פרשה פון ער ואונן (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'", פארוואס שטייט "רַע" בְּעֵינֵי ה' - ער איז געווען שלעכט אין די אויגן פונעם אייבערשטן, עס וואלט געדארפט שטיין "רָשָׁע" בְּעֵינֵי ה'? איך וועל דיר ענטפערן - האט דער רבי געזאגט - ווייל ווער עס טוט די עבירה פון ער ואונן, ער איז פוגם בברית, ווערט א 'רַע', - א שלעכטער מענטש; אלע נערוון קומען פון עבירות, עבירות ברענגט אויפן מענטש א נערוועזקייט.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א נואף דורך זיין נאז; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר אז דאס גייט ארויף אויף כעס. איינער וואס איז שטענדיג נערוועז איז א סימן אז ער איז א נואף. דערפאר זאלסטו וויסן אז נערוועזקייט און כעס האט גארנישט צו טון מיט ערליכע אידן; פארקערט, דאס איז דער סימן ווער עס איז אן ערליכער איד, דער וואס היט זיך נישט פון עבירות, ער היט נישט זיינע אויגן, ער קוקט אלע עקעלדיגע שמוציגע אויסגעלאסענע מאוויס דער ווערט א נערוועזער אנגעצויגענער מענטש.


זאלסט זיך ווייטער דרייען ביי ערליכע אידן 'תלמידי היכל הקודש' ברסלב'ער חסידים וואס פאלגן דעם רבי'ן; זיי לעבן מיטן אייבערשטן, זיי זענען שטענדיג פרייליך און אויפגעלייגט און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, דאס וועט משפיע זיין אויף דיר אז דו וועסט אויך אנהייבן לעבן מיטן אייבערשטן, און זיין פרייליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#10 - מיין חבר'ס טאטע פירט זיך נישט ערליך, ווי אזוי קען איך מחזק זיין מיין חבר?
בחור, עבודת השם, התחזקות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס שרייבט צו אייך א 15 יעריגער בחור, איך לערן בחברותא מיט א בחור אין מיין עלטער, ער איז זייער א פארמאכטער, לעצטנס איז ער אבער געווארן נאנט מיט מיר און מיר אויסגעזאגט זיינע צרות, אז זיין טאטע זעט אויס ווי אינדרויסן ווי א איד, אבער אינדערהיים איז נישטא קיין אידישקייט, נישטא קיין שבת, נישטא קיין אמונה, ער רעדט כפירה אין פארנט פון די קינדער, און דער בחור איז זייער צעבראכן דערפון, ער זאגט אז זיין מאמע פרובירט מיט אלע כוחות אריינצולייגן אמונה אין די קינדער, זי איז אבער אויך זייער צעבראכן פון דעם שרעקליכן מצב.


מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט די שיעורים און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א, מיין חבר זאגט מיר אבער אז כאטש וואס ער ווייסט אז זיין איינציגסטע עצה איז נאר צו רעדן צום אייבערשטן, קען ער דאס אבער נישט טון, ווייל ווען ער הויבט נאר אן רעדן אדער טראכטן פון דעם, ווערט ער מורא'דיג צעבראכן און ער קען דאס נישט דערהייבן. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר אים?


א גרויסן יישר כח, מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת אחרי-קדושים, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מאיר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט זיך מחזק צוזאמען מיט דיין חבר צו זיין שטארק אין גלייבן אינעם אייבערשטן; שלמה המלך זאגט (קהלת ד, ט): "טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד אֲשֶׁר יֵשׁ לָהֶם שָׂכָר טוֹב בַּעֲמָלָם", צוויי מענטשן צוזאמען איז בעסער ווי צו זיין איינער אליינס, פארוואס? ווייל "כִּי אִם יִפֹּלוּ, הָאֶחָד יָקִים אֶת חֲבֵרוֹ, וְאִילוּ הָאֶחָד שֶׁיִּפּוֹל וְאֵין שֵׁנִי לַהֲקִימוֹ", ווייל ווען א מענטש פאלט אראפ, אויב איז ער אליינס וועט אים קיינער נישט אויפהייבן, ער וועט בלייבן אראפ געפאלן, אבער אויב האט ער א צווייטן, וועט אים דער צווייטער העלפן; דאס מיינט צו זאגן, אויב האט מען א גוטער חבר וועט אים דער חבר העלפן ווען ער גייט אריבער א שווערע זמן.


ווען מען איז מחזק א צווייטן, חוץ פון די גרויסע מצוה וואס מען האט, ווערט מען אליינס זייער מחוזק. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפה): "כְּשֶׁמְּדַבְּרִין עִם חֲבֵרוֹ בְּיִרְאַת שָׁמַיִם, אַף שֶׁאֵין חֲבֵרוֹ מְקַבֵּל מִמֶּנּוּ, אַף עַל פִּי כֵן הוּא מְקַבֵּל הִתְעוֹרְרוּת מֵחֲבֵרוֹ", ווען מען איז מחזק א חבר, אפילו אויב דער חבר וועט נישט אנעמען די ווערטער, וועט עס כאטש אריין גיין אינעם מענטש אליין, ער וועט ווערן שטערקער מיט אמונה און יראת שמים; דעריבער זאלסטו ווייטער רעדן מיט אים און ענק זאלן זיך מחזק זיין איינער מיטן צווייטן.


איך שיק דיר דא א בריוו וואס דו זאלסט איבער געבן פאר דיין חבר.


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


דיין חבר האט מיר געשריבן וואס דו גייסט אריבער מיט דיין טאטע וכו' וואס איז נעבעך זייער אראפ געפאלן, ער היט נישט קיין שבת און רעדט אנטקעגן די אמונה, השם ישמרינו.


דאס וואס דו גייסט אריבער מיט דיין טאטע איז זייער א שווערע זאך, ווייל פון איין זייט דארפסטו אכטונג געבן מכבד צו זיין דיין טאטע אפילו ער איז אראפגעפאלן, אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו אנטלויפן פון זיינע ווערטער וואס ער רעדט אנטקעגן די אמונה כדי עס זאל דיר נישט פאר'סמ'ען חס ושלום. זאלסט קיינמאל נישט אריין גיין אין ווכוחים, ווייל מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם אין אמונה; אמונה איז א מציאות, עס איז נישט דא אין דעם קיין ווכוחים, קיין ריאות וכו'. ווען דו שמועסט מיט איינעם און יענער הייבט אן ציען דעם שמועס אינעם ריכטונג פון ספיקות אין אמונה זאלסטו אנטלויפן פון דעם שמועס ווי מען אנטלויפט פון פייער, נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז, צי א טאטע צי ווייס איך ווער.


אחי היקר, קיינער קען דיר נישט פארשטיין און קיינער קען דיר נישט העלפן; דו האסט איין ברירה, נעם דעם הייליגן רבינ'ס עצה, ווייל נאר דאס וועט דיר ראטעווען. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות"; א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ צום אייבערשטן, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אויף אים אריבער, ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן און ער רעדט צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, דעמאלט וועט ער ארויס גיין פון אלע זיינע צרות.


אין אנהייב קומט נישט אן גרינג צו רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש זינדיגט ווערט ביי אים אויסגעלאשן די אמונה, ער שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, עס דאכט זיך אים אז דער אייבערשטער הערט אים נישט אויס און עס קומען אים אריין שלעכטע מחשבות וכו'. די עבירות וואס ער האט געטון דאס רודפ'ט אים, זיי גייען אים נאך און לאזן אים נישט אפ, אבער אז מען טוט תשובה און מען קוקט נישט אויף די אלע מחשבות, מען גלייבט וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "קיין ייאוש איז נישט פארהאנען", מען שטופט זיך צו רעדן צום אייבערשטן, דאן ווערט דער מח צוביסלעך ריין און מען הייבט אן שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואו איך ווייז דיר א וועג ווי אזוי דו זאלסט רעדן צום אייבערשטן; אז דו וועסט דאס זאגן יעדן טאג וועסטו מיט דער צייט אנהייבן אליינס צו רעדן דיינע אייגענע תפילות צום אייבערשטן, וואס דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, און עס וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט:


"רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר אז איך בין א איד און איך דאנק דיר אז איך בין געזונט און שטארק.


רבונו של עולם! איך האב א זאך וואס טוט מיר זייער וויי און איך שפיר אז איך קען עס נישט אריבער טראגן; מיין טאטע איז אראפגעפאלן פון די אמונה און איך האלט עס נישט אויס, איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם, איך שפיר ווי מיין לעבן האט זיך געענדיגט און דאס האט זייער א שלעכטע השפעה אויף מיר. איך בין געווארן זייער א פארמאכטער מענטש, איך רעד נישט מיט קיינעם און איך עס מיר אויף פון מיין צרה.


הייליגער באשעפער! דו ביסט א כל יכול, העלף מיר איך זאל צוריק האבן א טאטע וואס גלייבט אין דיר, העלף מיר אז מיין טאטע זאל זיך צוריק קערן צו די אמונה, העלף מיר און מיין צעבראכענע מאמע און אונזער גאנצע משפחה אז מיר זאלן צוריק האבן אונזער ערליכע טאטע; מיין מאמע פרובירט צו האלטן די שטוב מיט אלע אירע כוחות, אבער וויפיל קען שוין א מאמע אליינס טון?! אונזער גאנצע משפחה איז צעריסן און צעשניטן, העלף מיין טאטע זאל תשובה טון, לייג אריין אין אים א ריינקייט און א ליכטיגקייט.


רבונו של עולם! איך ווייס אז נאר דו קענסט מיר העלפן, איך ווייס אז נאר תפילה איז מיין איינציגסטע האפענונג, אבער יעדעס מאל איך הייב אן רעדן צו דיר פון דעם ענין ווער איך זייער צעבראכן אז איך קען עס מער נישט דערהייבן; בעט איך דיר הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, ווייז מיר אז דו הערסט מיר אויס, העלף מיר אז איך זאל נישט אפטרעטן פון די אמונה, איך זאל לעבן מיט אמונה און שטארבן מיט אמונה, איך זאל נישט האבן קיין שום קשיות אויף דיר און קיין שום קאפ-דרייעניש.


אויך בעט איך דיר טאטע אין הימל האב שוין רחמנות אויף אלע אידן; אידישע קינדער זענען זייער צעבראכן, מענטשן זענען פארלוירן, עס פאלן אוועק אידישע נשמות פון אלע משפחות. שיק אונז שוין דעם גואל צדק, שיק אונז שוין משיח ער זאל אונז אלעמען צוריק קערן צו דיר, עס זאל שוין מקוים ווערן יַכִּירוּ וְיֵדְעוּ כָּל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל, כִּי לְךָ תִּכְרַע כָּל בֶּרֶךְ, תִּשָּׁבַע כָּל לָשׁוֹן. לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ יִכְרְעוּ וְיִפֹּלוּ, וְלִכְבוֹד שִׁמְךָ יְקָר יִתֵּנוּ, וִיקַבְּלוּ כֻלָּם אֶת עֹל מַלְכוּתֶךָ, וְתִמְלֹךְ עֲלֵיהֶם מְהֵרָה לְעוֹלָם וָעֶד, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - איך בין מקנא די יונגע בחורים, קען איך נאך אויך מצליח זיין?
בחור, עבודת השם, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן בערך 40 יאר אלט, איך האב ב"ה א שיינע משפחה, און איך הייס א שיינער איד, אבער נאר איך אליין ווייס דעם אמת ווער איך בין, ווי ווייט איך בין פונעם אייבערשטן, און ווי נישט גוט איך פיר זיך אויף.


זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה האט זיך געטוישט מיין לעבן, איך האב אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, איך האב אנגעהויבן לערנען משניות און גמרא, איך האב ב"ה שוין זוכה געווען צו ענדיגן לעצטנס די ערשטע מאל ששה סדרי משנה, און כאטש וואס איך פאל נאכאלץ דורך, איך בין נאכנישט אינגאנצן אויסגעארבעט, שפיר איך אבער אז דער וועג ברענגט מיט נענטער צום אייבערשטן.


ווען איך האב אבער געהערט עטליכע דרשות וואס איר האט געזאגט אין ישיבה ביי סיומים, בין איך געווארן זייער צעבראכן, איך זע ווי יונגע בחורים זענען זוכה צו לערנען אזוי סאך, זיי הויבן אן זייער לעבן מיט די געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, און דאס ברענגט אין מיר אריין א קנאה געפיל, וואו בין איך אויף דער וועלט? הלואי ווען איך קען ווען צוריק ווערן א בחור און זיך אריינזעצן ביי אייך אין ישיבה.


אפשר קענט איר מיר שרייבן עטליכע ווערטער, אויב איך קען זיך נאך אויך נעמען אין די הענט אריין, אויב איך קען נאך אויך יעצט ביי די 40 יאר אנהויבן מיין לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת אחרי-קדושים, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יודל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פאלגסט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, דו לערנסט אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן און דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה.


ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען יעדן טאג משניות וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן. עס איז באוואוסט אז דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער, איך וועל דיר אראפברענגען איינס פון די פילע לשונות אינעם ספר מגיד מישרים (משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


כל זמן א מענטש לעבט קען ער זוכה זיין צו פארעכטן אלעס וואס ער דארף מתקן זיין. דער הייליגער צדיק רבי ישראל סאלאנטער זכותו יגן עלינו איז אמאל אריין שפעט ביינאכט צום שוסטער, ער האט זיך אנטשולדיגט אז ער קומט אזוי שפעט ביינאכט, אבער בלית ברירה מוז ער יעצט קומען אין אזא שפעטע שעה ווייל זיין שיך האט זיך ממש יעצט צעריסן און ער וויל וויסן צי ער קען דאס נאך פארעכטן. האט זיך דער שוסטער אנגערופן: "כל זמן די ליכט ברענט נאך, קען איך עס נאך פארעכטן"; רבי ישראל סאלאנטער זי"ע איז זייער נתעורר געווארן פון די ווערטער, ער האט געטראכט צו זיך: 'דאס מיינט מען מיר; דאס איז א בת קול וואס זאגט מיר אז כל זמן די ליכט ברענט, דאס הייסט, ווי לאנג א מענטש לעבט, זיין נשמה איז אין אים, וואס די נשמה ווערט אנגערופן א ליכט אזוי ווי עס שטייט (משלי כ, כז): "נֵר ה' נִשְׁמַת אָדָם", קען מען נאך אלעס פארעכטן'; דעריבער, אז דו פרעגסט צי ביי די פערציג יאר קען מען נאך אנהייבן וכו'; זאלסטו וויסן אז כל זמן די ליכט ברענט, קען מען נאך אלעס פארעכטן.


געדענק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו אויך גלייבן אז דו קענסט פארעכטן.


דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געזאגט (פסחים מט:): "מִי יִתֵּן לִי תַּלְמִיד חָכָם, וַאֲנַשְׁכֶנּוּ כַּחֲמוֹר", פאר איך האב געלערנט תורה האב איך אזוי פיינט געהאט א תלמיד חכם, אז איך האב אים געוואלט פארציקן אזוי ווי אן אייזל פארציקט א צווייטע בעל חי, און ביי די פערציג יאר האט ער תשובה געטון און זוכה געווען צו ווערן אזוי גרויס, עד כדי כך אז ווען משה רבינו איז ארויף אין הימל נעמען די תורה פאר די אידן האט ער געזאגט פארן אייבערשטן (מנחות כט:): "פארוואס געבסטו נישט די תורה פאר די אידן דורך רבי עקיבא?" זעט מען צו וואס מען קען צוקומען אויב מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


מוהרא"ש ברענגט אראפ פון פריערדיגע אז די ראשי תיבות פון רבי ע'ק'י'ב'א' איז: יֶ'שׁ ק'וֹנֶה ע'וֹלָמוֹ בְּ'שָׁעָה אַ'חַת; א מענטש וואס האט אזוי פיינט געהאט א תלמיד חכם זאל זוכה זיין צו אויפשטעלן פיר און צוואנציג טויזנט תלמידי חכמים.


אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג, דו וועסט זיין שטארק מיט דיינע שיעורים וועט דער אייבערשטער דיר פארגעבן אויף אלע דיינע יארן וואס דו האסט געטון נארישקייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, ער לערנט תורה יעדן טאג, זאגט דער אייבערשטער, "מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - איך פארשטיי נאכאלץ נישט פארוואס איר וואונטש אן א מענטש מיט גשמיות
חסידות ברסלב, עבודת השם, צדיקים, התחזקות

תוכן השאלה‎

לכבוד מזכה הרבים, הרה"ח רבי יואל ראטה שליט"א,


איך האב ערהאלטן אייער לענגערע תשובה אויף דעם וואס איך האב געפרעגט פארוואס איר וואונטש אן איינעם אז יענער זאל האבן א שיינע הויז און א שיינע קאר, א זאך וואס מ'האט נישט געהערט פון אמת'ע ברסלבע חסידים. איר האט מיר געענטפערט באריכות אז איר האט געקענט אן אמת'ן ברסלבער חסיד, וואס דאס איז געווען מוהרא"ש, און אזוי ווייטער האט איר מאריך געווען אין דעם ענין וואס ס'מיינט אן אמת'ער ברסלבער חסיד.


דאס איז אבער נישט געווען קיין ענטפער אויף מיין שאלה, איך האב פארשטאנען אז איר מיינט צו זאגן אז מוהרא"ש פלעגט יא אזוי אנווינטשן, ואם קבלה היא נקבל, איך וויל אבער נאכאלץ פארשטיין פארוואס מ'זאל אזוי אנווינטשן, דאס איז דען דער ציל פון א איד? אן אמת'ער ערליכער איד דארף נישט ארויסקוקן און האפן אז ער וועט האבן גשמיות און חמריות, ער דארף ווארטן און האפן צו עבודת ה', פארוואס זאלט איר רעדן צו מענטשן מיט אזא שפראך וואס קען אויסזען אזוי ווי די וועלט איז דער עיקר, און נישט יענע וועלט?


א גרויסן יישר כח.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, ווען מען וויל מקרב זיין מענטשן צום הייליגן באשעפער דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט און וואס מען רעדט. אודאי איז דער וועלט נישט קיין עיקר נאר דער עיקר איז זיך אנצוגרייטן אויף יענע וועלט, דער וועלט איז נאר א פרוזדור אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, טז): "הָעוֹלָם הַזֶּה דּוֹמֶה לַפְּרוֹזְדוֹר בִּפְנֵי הָעוֹלָם הַבָּא", די וועלט איז ווי א דורכגאנג פאר יענע וועלט, "הַתְקֵן עַצְמְךָ בַפְּרוֹזְדוֹר, כְּדֵי שֶׁתִּכָּנֵס לַטְּרַקְלִין", מען דארף זיך אנגרייטן אויף די וועלט מיט מצוות און מעשים טובים כדי מען זאל זוכה זיין צו עולם הבא; אבער ווי לאנג א מענטש איז נאך ווייט פון דעם, דארף מען ארום דרייען מיט אים וכו' ביז מען איז זוכה אריין צו שיינען אין אים דעם אמת'ן תכלית.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פא): "וּכְשֶׁהַצַּדִּיק מְדַבֵּר בְּתוֹרָה אוֹ בִּתְפִילָּה, נִקְרָא אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וְהַדִּבּוּרִים שֶׁהוּא מְדַבֵּר עִם הֲמוֹן עַם בְּשִׂיחַת חֻלִּין הוּא נִקְרָא פְּסֹלֶת אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וְלָמָּה מְדַבֵּר שִׂיחַת חֻלִּין? כְּדֵי לְקַשֵּׁר אֶת הֲמוֹן עַם אֶל הַדַּעַת", דער צדיק לאזט זיך אראפ צו פשוט'ע מענטשן, ער שמועסט מיט זיי שיחות חולין כדי ער זאל זיי קענען דורכדעם צוברענגען צום אייבערשטן; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ט.): ווען תלמי המלך האט געבעטן די חכמים זיי זאלן אים אראפ שרייבן די תורה: "נָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בְּלֵב כָּל אֶחָד וְאֶחָד עֵצָה, וְהִסְכִּימוּ כֻּלָּן לְדַעַת אֶחָת, וְכָתְבוּ לוֹ 'אֱלֹהִים בָּרָא בְּרֵאשִׁית'", דער אייבערשטער האט אריין געגעבן פאר אלע חכמים זיי זאלן שרייבן געוויסע ווערטער אנדערש ווי עס שטייט אין די תורה, צום ביישפיל, זיי האבן געשריבן "אלקים ברא בראשית" אנשטאט "בראשית ברא אלקים", ווייל אנדערש וואלט ער דאס נישט פארשטאנען.


עס איז ידוע אז דער רבי האט כסדר געהייסן און געמאנט מען זאל רעדן מיט מענטשן און זיי מקרב זיין צום הייליגן באשעפער, פארציילט ר' נתן (חיי מוהר"ן, סימן שעז): איך האב געהערט פון רבינ'ס ברודער רבי יחיאל זכרונו לברכה, אז ער האט געפרעגט דעם הייליגן רבי'ן וואס מען קען טון אז ווען מען רעדט מיט מענטשן קומט אסאך מאל אויס צו רעדן נארישקייט, ווייל מען קען דאך נישט צו גיין צו א מענטש און גלייך רעדן צו אים פון אלוקות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "הַשָּׂגוֹת אֱלקוּת אִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיג כִּי אִם עַל יְדֵי צִמְצוּמִים רַבִּים", נאר מען דארף שמועסן סתם זאכן פארדעם און נאכדעם וכו' און אינצווישן קען מען רעדן פונעם אייבערשטן, האט אים דער רבי געזאגט: "וויבאלד נאכדעם ברענגט מען אריין אין יענעם אמת'ע דיבורים, איז אלעס כדאי".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן י): מענטשן וואס זענען נאך זייער ווייט פונעם אייבערשטן קען מען נאר מקרב זיין צום אייבערשטן אויף דעם וועג ווי אזוי יעקב אבינו האט אריין געברענגט דעם אייבערשטן אויף דער וועלט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיהו ב, ה): "בֵּית יַעֲקֹב לְכוּ וְנֵלְכָה בְּאוֹר ה'", און יעקב אבינו האט אויף דעם וועג מגלה געווען דעם אייבערשטן אויף די וועלט מער פון די אנדערע אבות הקדושים.


און דער רבי איז דאס מסביר, ביי אברהם אבינו שטייט (מדרש תהלים, פז): "כִּי אַבְרָהָם קְרָאוֹ הַר", אברהם אבינו האט אריין געברענגט אין דער וועלט די אמונה אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און מען דארף זיך צו אים באהעפטן; ער האט אויסגעלערנט אז מען דארף זיך אפשיידן פון דער וועלט. אויב מען וויל זיין אן ערליכער איד דארף מען אפלאזן און נישט האבן קיין שייכות מיט דער וועלט, מען זאל גיין אויף די בערג, זיין אפגעזונדערט פון אלעמען און זיך באהעפטן צום אייבערשטן. די מדריגה איז געווען די מדריגה פון די הייליגע נביאים; זיי פלעגן זיין אפגעשיידט פון מענטשן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף אלישע הנביא (ילקוט שמעוני מלכים-ב, רמז רכח), ער האט געדארפט זיין אפגעשיידט פון מענטשן ווייל ער האט זיך אזוי אויסגעלייטערט אז זיין פנים איז געווארן זייער הייליג און פארכטיג, אזוי ווייט אז ווען טראגעדיגע פרויען האבן אים געזען פלעגן זיי פון רוב פחד פארלירן וכו', זיי פלעגן מפיל זיין די קינדער, דעריבער האט ער געדארפט זיין אפגעשיידט פון מענטשן. ער פלעגט זיך שטענדיג געפונען צווישן די בערג, דארט האט ער געקענט דינען דעם אייבערשטן אן דעם וואס מען זאל אים שטערן, און אזוי אויך אלע נביאים פלעגן זיך געפונען רוב צייט אין די מדבריות.


די מדריגה איז טאקע זייער א גרויסער מדריגה אבער עס האט אויך א חסרון, ווייל נישט יעדער איינער קען זוכה זיין זיך אפצושיידן פון דער וועלט, נישט יעדער איינער קען זיצן טאג און נאכט צווישן די בערג. א מענטש האט דאך א ווייב און קינדער, ער קען זיי נישט אפלאזן. איז געקומען יצחק אבינו וואס ער האט אריין געברענגט דעם מושג פון: "וְיִצְחָק קְרָאוֹ שָׂדֶה", ער האט אריין געברענגט אז מען דארף זיך נישט אינגאנצן אפשיידן פון דער וועלט, מען דארף נישט זיין אויף די בערג, מען קען גיין דאווענען אין פעלד, דאס איז שוין נישט אזוי שווער פאר מענטשן צו טון. מען גייט אביסל ארויס פון שטאט וואס דארט זענען דא פעלדער, און אזוי קען מען זיך באהעפטן צום אייבערשטן.


דאס איז געווען די מדריגה פון די הייליגע תנאים און אמוראים; זיי פלעגן גיין אין די פעלדער און דארט האבן זיי זיך מדבק געווען צום הייליגן באשעפער. אזוי ווי מיר געפונען אין זוהר הקדוש אז די תלמידים פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי פלעגן גיין אין פעלדער און אין היילן וואו זיי האבן געלערנט תורה און זיך צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אבער די מדירגה איז נאך אויך ווייט פון סתם מענטשן, ווייל נישט יעדער איינער קען זיך אפשיידן פון זיין טאג טעגליכער ארבעט און גיין אין פעלד וכו', פאר א גוי איז דאס זיכער נישט געמאכט; אז דו וועסט זאגן פאר א גוי ער זאל גיין אין פעלד וועט ער דיר ענטפערן: "איך בין א חיה?" "וואס זאל איך טון אין פעלד?" א גוי פארשטייט נישט די זאכן, אויב ווייסט ער אז מען קען נאר רעדן צום אייבערשטן און זיין באהאפטן צו אים אין פעלד וועט ער דאס נישט נעמען; איז געקומען יעקב אבינו און מגלה געווען דעם ענין פון: "וְיַעֲקֹב קְרָאוֹ בַּיִת", יעקב אבינו האט אויסגעלערנט מען זאל עוסק זיין אין תפילה אפילו אין שטוב, מען קען זיין אין שטוב און דארט דאווענען, מען קען זיין דבוק צום אייבערשטן און וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער - אין שטוב; בעט דעם אייבערשטן אויף שטוב זאכן, בעט דעם אייבערשטן אויף אלע דיינע געברויכן וואס דו דארפסט האבן.


זאגט דער רבי: "שֶׁהוּא מְקוֹם יִשּׁוּב לִבְנֵי אָדָם יוֹתֵר מִשָּׂדֶה", אין דעם וועג פון יעקב אבינו האט שוין יעדער איינער א געפיל, "כִּי הֶעֱלָה אֶת הַתְּפִילָּה מֵהַר וְשָׂדֶה, לִבְחִינַת בַּיִת", יעקב אבינו האט אויסגעלערנט מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע קלייניגקייט; אזוי ווי ר' נתן האט דערציילט אז ער איז אמאל געקומען צום הייליגן רבי'ן און ער האט דערציילט פארן רבי'ן אז זיין רעקל איז צעריסן, האט אים דער רבי געזאגט: "בעט דעם אייבערשטן אויף דעם" און ר' נתן האט זיך געוואונדערט: 'אויף אזא קלייניגקייט זאל איך בעטן דעם אייבערשטן?!' האט אים דער רבי געזאגט: "אודאי! מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, וואס איז?" - האט אים דער רבי געפרעגט - "עס פאסט דיר נישט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?"


ווען א מענטש וויל א שיינע קאר, ער וויל א שיינע הויז; אויב וועסטו אים זאגן: "דאס איז נישט דער תכלית", וועט ער דיר נישט אויסהערן. דאס איז די סיבה פארוואס זייער אסאך בני נעורים לאזן אפ זייער רצון צו זיין אן ערליכער איד, ווייל פון איין זייט ווילן זיי עולם הזה, אבער מען לערנט מיט זיי אז דאס איז א סתירה מיט זיין אן ערליכע איד; וואס פאסירט? אנשטאט זיי זאלן מחליט זיין: 'מיר לאזן אפ עולם הזה, מיר וועלן גיין אויף די בערג, מיר שיידן זיך אפ פון דעם וועלט', מאכן זיי א פארקערטע החלטה, זיי לאזן אפ זייער רצון צו זיין א צדיק. אבער אז מען לערנט זיי אויס: "וְיַעֲקֹב קְרָאוֹ בַּיִת", דעמאלט שרייען זיי אלע אויס: "לְכוּ וְנֵלְכָה בְּאוֹר ה'".


באמת וויל יעדער מענטש זיין אן ערליכער איד, נאר זיין מח פארנעמט נאך נישט "בראשית ברא אלקים", זיין מח פארנעמט נאך נישט צו זיין אפגעטיילט מזה העולם, דארף מען אים זאגן "אלקים ברא בראשית", מען דארף מיט אים לערנען אזוי ווי שיטת בית הלל (שבת לא.) ווי ער האט זיך אפגעגעבן מיט די גוים ווען זיי זענען געקומען מיט זייערע קטנות און משוגעת'ן וכו'; ער האט זיי געזאגט: "מען קען לערנען כל התורה כולה ווי לאנג מען שטייט אויף איין פיס", "מען קען זיך מגייר זיין און ווערן א כהן גדול", "מען קען לערנען נאר תורה שבכתב אן תורה שבעל פה". אבער לכאורה, ווי קען מען לערנען כל התורה כולה ווי לאנג מען שטייט אויף איין פוס? און קען דען א גר ווערן כהן גדול? מען האט זיכער פארגעהאלטן הלל הזקן היתכן ער זאגט פארן גוי ער זאל זיך מגייר זיין און ער וועט ווערן כהן גדול; קען מען דען לערנען תורה שבכתב אן תורה שבעל פה? אבער הלל הזקן האט אונז געלערנט ווי אזוי מען דארף זיך אראפ לאזן צו יעדן איינעם און אריין לייגן אין יעדן סארט מענטש אז עס איז דא א באשעפער, ביז זיי וועלן אליינס אוועק ווארפן זייערע נארישקייטן.


גלייב מיר, מען קען צוריק ברענגען אלעמען צום אייבערשטן; אנשטאט זאגן פאר א מענטש אז עולם הזה איז נארישקייט, זאג אים: "אויב דו וועסט לערנען און דאווענען, וועסטו האבן א שיינע קאר און א שיינע הויז".


מען זעט ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן עוסק געווען מקרב צו זיין אידישע קינדער, זיי האבן גענוצט עולם הזה צו משכנע זיין אז מען זאל אנהייבן לערנען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (בבא מציעא פה.): אז דער הייליגער תנא רבי אלעזר בן רבי שמעון האט געהאט א זון וואס איז נישט געווען אזוי ערליך, נאך זיין פטירה איז רבינו הקדוש געגאנגען און ער האט געוואלט צוריק ברענגען זיין זון צום אייבערשטן; רבינו הקדוש האט אים אפגעגעבן כבוד, ער האט אים גערופן 'רבי' און ער האט געלערנט מיט אים, אבער ער האט נישט געוואלט לערנען תורה, ער האט יעדן טאג געמוטשעט אז ער וויל שוין אוועק גיין פון ישיבה, האט אים רבי געזאגט: "איך פארשטיי דיר נישט, 'חַכִּים עֲבַדוּ יָתָך', אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה וועסטו ווערן א חכם, 'וְגוּלְתָא דְדַהֲבָא פְּרַסוּ עֲלָך', מען וועט דיר אנטון מיט טייערע קליידער, יעדער וועט דיר מכבד זיין 'וְרַבִּי קָרוּ לָך', מען וועט דיר רופן רבי, 'וְאַתְּ אָמְרַת לְקִרְיָיתִי אֲנָא אֵיזֵיל?' און נאך אלץ ווילסטו נישט לערנען?!" אזוי האט ער אים משכנע געווען און ער איז געבליבן אין ישיבה ביז ער איז געווארן דער הייליגער רבי יוסי בן ר' אלעזר בן ר' שמעון; זעט מען פון דעם אז מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט מענטשן ווען מען וויל זיי מקרב זיין צום אייבערשטן.


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן וואס לאזט זיך אראפ צו אונז און ער שפילט זיך מיט אונזערע משוגעת'ן, אבי אונז מקרב צו זיין צום אייבערשן.


דער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "וְהַכְּלָל כִּי צָרִיך כָּל אָדָם לְבַקֵּשׁ וּלְחַפֵּשׂ מְאֹד מְאֹד אַחַר רֶבִּי אֲמִתִּי הַגָּדוֹל בְּמַעֲלָה מֻפְלֶגֶת מְאֹד שֶׁיוּכַל לְהָאִיר בּוֹ הַשָֹגוֹת אֱלֹקוּת", מען דארף זוכן און בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו טרעפן א צדיק וואס קען אין מיר אריין שיינען געטליכקייט, איך זאל אויך שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ווייל: "הַשָּׂגוֹת אֱלקוּת אִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיג כִּי אִם עַל יְדֵי צִמְצוּמִים רַבִּים", מען דארף אסאך ארומדרייען מיט א מענטש ווי לאנג מען קען אין אים אריין שיינען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס ער איז מחיה ומהוה אלעס, אלעס אויף דער וועלט איז ער אליינס, ער איז באהאלטן אין דומם צומח חי מדבר און עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויף דער וועלט אויסער אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן און וויסן אז אלעס אויף דער וועלט איז נאר א פארשטעלאכטץ פונעם אייבערשטן און אלעס איז א לבוש פארן אין סוף ברוך הוא. דעמאלט איז נישט שייך צו זאגן אז דאס איז מותרות.


איך חזר דיר איבער נאכאמאל וואס איך האב דיר שוין געשריבן: "מותרות איז טייטש ווען מען לעבט אן דעם אייבערשטן; דעמאלט איז אלעס איבעריג, אבער ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס ער האט קומט פונעם אייבערשטן, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און אויף אלעס וואס ער האט, דעמאלט איז נישטא קיין מותרות. אזוי אויך פארקערט; ווען א מענטש לעבט נישט מיטן אייבערשטן איז א גרויס רחמנות אויף אים, ער האט נישט דער וועלט און נישט יענער וועלט".

#7 - ביי אמת'ע ברסלבע חסידים האט מען דען געהאט מותרות?
חסידות ברסלב, עבודת השם, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין א בריוו ווי איר שרייבט אז "מותרות" מיינט נישט קיין איבריגע זאכן און לוקסוס, נאר זאכן וואס זענען נישט מקושר צום אייבערשטן.


איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם גאנצן בריוו, אבער דער חלק איז מיר א גרויסער חידוש, האט איר דאס געזען ערגעץ וואו אינעם רבינ'ס ספרים?


איך וואונדער זיך אז איר ענדיגט דעם בריוו מיט א ברכה אז ער זאל האבן א שיינע קאר און א שיינע הויז, האט איר געהערט אמאל אזא סארט ברכה ביי איינע פון די אמת'ע ברסלבע חסידים?


אין ליקוטי הלכות שרייבט רבי נתן אסאך מאל איבער די שלעכטקייט פון האבן שיינע הייזער (עיין הל' הודאה ה"ו אות מ"ב ואות ס"ז, והל' קידושין ה"ג אות ד'), פארוואס זאגט איר אז דאס איז נישט קיין מותרות?


יישר כח פאר אלעס, און הצלחה מרובה.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ב' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט צי איך האב שוין געהערט אמאל ביי איינע פון די "אמת'ע ברסלב'ער חסידים" אזא סארט ברכה; קודם וויל איך דיר פרעגן וואס הייסט ביי דיר אן: "אמת'ער ברסלב'ער חסיד?"


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב געקענט אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד", וואס פלעגט געבן די סארט ברכות; דער "אמת'ער ברסלב'ער חסיד" האט געשריבן איבער זיבעציג טויזנט בריוו בחיים חיותו פאר צעבראכענע הערצער, זיי מחזק געווען און געברענגט נאנט צום אייבערשטן. דער אמת'ער ברסלב'ער חסיד פלעגט ווינשן אז אויב מען וועט מקיים זיין וואס דער אייבערשטער זאגט וועט מען זוכה זיין צו א שיינע לעבן, אויב מען וועט אכטונג געבן אויף מצות מזוזה וועט מען זוכה זיין צו א שיינע הויז, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "הַזָּהִיר בִּמְזוּזָה, זוֹכָה לְדִירָה נָאֶה", ווער עס געבט אכטונג מקיים צו זיין מצות מזוזה וועט זוכה זיין צו א שיינע הויז. אזוי אויך, אויב מען וועט זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן און מען וועט עסן מיט דרך ארץ, וועט מען זוכה זיין צו א שיינע דירה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן יט): "מִי שֶׁמְּשַׁבֵּר תַּאֲוַת אֲכִילָה, זוֹכֶה לְדִירָה נָאָה", ווער עס צעברעכט זיין תאות אכילה וועט זוכה זיין צו האבן א שיינע הויז.


מענטשן מיינען אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיין א ספעציעלער סארט באשעפעניש וואס וואוינט ביים עק שטאט מיט צעבראכענע פענסטער אין א הויז וואס איז האלב איינגעזינקן אין דער ערד, אן קיין מעבל, און פאר א טיש נוצט מען א פאס מיט א לאקשן ברעט וכו' וכו'; דער טעות איז נישט קיין נייע טעות, דער רבי רעדט נאך פון דעם.


ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל האט ער זיך געטראפן מיט זייער גרויסע צדיקים, צווישן זיי - הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו; מיט רבי יעקב שמשון משפיטובקה זי"ע; רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זי"ע און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון דער וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף דער וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישט דא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


ר' נתן זכרונו לברכה זאגט, אז דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד. עיין שם).


זעט מען פון דא אז מען קען גארנישט זען פון אינדרויסן; א מענטש קען אויסקוקן פון אינדרויסן ווי א פשוט'ער מענטש אבער אינעווייניג איז ער דבוק צום אייבערשטן, ער טראכט פונעם אייבערשטן און ער רעדט צום אייבערשטן א גאנצן טאג - דאס קען קיינער נישט וויסן און קיינער נישט זען. און אזוי אויך פארקערט, מען קען שרייבן טיטלן אויף מענטשן: "מנקיי הדעת שבירושלים", אבער קיינער ווייסט נישט צי ער האט טאקע א ריינע דעת אדער זיין דעת איז פיל מיט מותרות און צואה, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים נד:): "אֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּלִבּוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ", צווישן די זאכן וואס זענען פארהוילן פון די בריאה איז אז קיינער ווייסט נישט וואס דער צווייטער טראכט.


אין הימל קוקט מען גאר אנדערש אויף א מענטש ווי מען קוקט דא; דער הייליגער ר' נתן פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (איוב ג, יט): "קָטֹן וְגָדוֹל שָׁם הוּא", דארט ווייסט מען ווער עס איז גרויס און ווער עס איז קליין; מען זעט אמאל אז עס רעש'ט זיך דא מיט איינעם, מען קען מיינען ווער ווייסט וואס יענער איז, אבער אויבן אין הימל ווייסט מען ניטאמאל פון יענעם. ווידער איז דא פארקערט אויך, עס קען זיין א מענטש וואס קיינער ווייסט נישט פון אים און מען מאכט נישט פון אים קיין שום טראסק, אבער אויבן אין הימל איז ער זייער חשוב - ווייל ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער רעדט צום אייבערשטן און ער פארציילט פארן אייבערשטן יעדע זאך וואס באדערט אים; דאס איז חשוב אויבן אין הימל.


נחזור לענינינו ווער עס איז דער "אמת'ער ברסלב'ער חסיד"; אזא איינער וואס פאלגט דעם הייליגן רבי'ן. ווייל כל זמן מען איז נישט מקיים וואס דער הייליגער רבי זאגט האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן, אפילו מען פאררופט זיך אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד"; "עכטע ברסלב'ער חסיד"; ברסלב'ער עובד", וכו' וכו'.


לאמיר אריין קוקן אינעם רבינ'ס ספרים וואו מיר קענען זעהן וואס דער רבי האט געוואלט פון אונז. ר' נתן זכרונו לברכה שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה, איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ, 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן"; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער "אמת'ער ברסלב'ער חסיד" האט זיין גאנצע לעבן פארשפרייט אמונה פאר אידישע קינדער און ער האט נישט גערוט קיין איין טאג אין זיין לעבן. ער האט געדרוקט דעם רבינ'ס ספרים אין די הונדערטער מיליאנען און עס איז אים געגאנגען אין לעבן צוריק צו ברענגן די גאנצע וועלט צום אייבערשטן. די אלע וואס רופן זיך 'אֶחְטֶא בְּרֶסְלֶב'עֶר' האבן אים גע'רודפט זיין גאנץ לעבן; מען האט אלע יארן געזאגט: "דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך"; די זְקֶעינִים האבן געשריבן כתבי פלסטר אויף דעם "אמת'ער ברסלב'ער חסיד", אבער ער האט נישט געקוקט אויף קיינעם; ער האט געקוקט אויף ר' נתן זכרונו לברכה - ווי אזוי ער האט זיך מוסר נפש געווען צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אויף די גאנצע וועלט.


די סארט ברכות געפונען מיר אויך אין די הייליגע תורה; דער אייבערשטער זאגט צו אז אויב מען וועט מקיים זיין וואס שטייט אין די תורה בענטשט די תורה "די סארט ברכות". מיר זאגן דאס יעדן טאג ביי קריאת שמע (דברים יא, יג): "וְהָיָה אִם שָׁמֹעַ", אויב די אידן וועלן גיין אין די וועגן פונעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער געבן רעגן, עס וועט וואקסן אסאך תבואה און מען וועט האבן שפע – "וְאָכַלְתָּ וְשָׂבָעְתָּ וכו'"; אזוי אויך זאגט די תורה (ויקרא כו, ג): "אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ" - וועט זיין גוט בגשמיות.


ווען מען לערנט נ"ך – דעם רבינ'ס מוסר ספר – זעט מען ווי דער נביא געבט אויך די סארט ברכות; דער נביא זאגט פאר די אידן: "אויב וועט איר גיין מיטן אייבערשטן וועט אייך גוט זיין".


איך האב אביסל מאריך געווען כדאי קלאר צו מאכן וואס איז אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד"; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב): ווען מען קומט צום צדיק פאלט אויפן מענטש א שפלות; דער מענטש הייבט אן טראכטן 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', און ווען מען לעבט מיט אזא אמונה ווערט דער מענטש בטל ומבוטל צום אייבערשטן, ווייל ער ווייסט אז יעדע זאך וואס ער האט און וואס ער טוט קומט פונעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה כז, ב): אויפן פסוק (איוב מא, ג): "מִי הִקְדִּימַנִי וַאֲשַׁלֵּם", דער אייבערשטער פרעגט: "ווער האט מיר געפעדערט פאר איך האב אים קודם געגעבן; "מִי קִילֵּס לְפָנַי עַד שֶׁלֹּא נָתַתִּי לוֹ נְשָׁמָה וְכוּ'", ווער קען מיר דען לויבן אן דעם וואס איך זאל אים האבן געגעבן קודם א נשמה? "מִי עָשָׂה לִי מַעֲקֶה עַד שֶׁלֹא נָתַתִּי לוֹ גַּג, מִי עָשָׂה לִי מְזוּזָה עַד שֶׁלֹא נָתַתִּי לוֹ בַּיִת וְכוּ'", ווער קען מקיים זיין מצות מעקה און מצות מזוזה פאר איך האב אים געגעבן א הויז? עיין שם; דאס איז אן ערליכער איד - ער לעבט מיטן אייבערשטן; ביי אים איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער. דאס לערנט אונז דער רבי: מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן; און דאס איז דער סימן צו א מענטש איז אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד", אויב פאלט ארויף אויף אים שפלות, און דאס קען מען נישט זען פון אינדרויסן.


מיר האבן געהאט די זכיה אז דער "אמת'ער ברסלבער חסיד" איז געקומען אין ישיבה געבן שיעורים פאר די בחורים, ער פלעגט זאגן שטענדיג פאר די בחורים: "אויב וועט איר לערנען אסאך משניות אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד, אזוי ווי א "אמת'ער ברסלבער חסיד" פירט זיך, וועט איר האבן אלעס גוטס סיי ברוחניות און סיי בגשמיות; איר וועט האבן שיינע קארס, שיינע הייזער און איר וועט לעבן א חיים טובים".


דער "אמת'ער ברסלבער חסיד" פלעגט שטענדיג חזר'ן אז מותרות איז טייטש ווען מען לעבט אנעם אייבערשטן, דעמאלט איז אלעס איבעריג. אבער ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס ער האט קומט פונעם אייבערשטן, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און אויף אלעס וואס ער האט, דעמאלט איז נישטא קיין מותרות. און פארקערט אויך, ווען א מענטש האט אן אלטע צעבראכענע הויז ביים עק שטאט מיט צעבראכענע פענסטערס, אויב לעבט ער נישט מיטן אייבערשטן איז א גרויס רחמנות אויף אים, אז ער האט נישט דער וועלט און נישט יענער וועלט.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן בזה העולם, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, איר זאלט זיך נישט לאזן נארן ווייל די וועלט נארט אייך; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן און מיר זאלן שטענדיג געדענקען וואס דער רבי וויל פון אונז. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "מיין גאנצע נחת און תענוג איז ווען איך זע ווי מיינע תלמידים פירן זיך מיט יראת שמים און דינען דעם אייבערשטן. איך האב אלעס מפקיר געווען; מיין לעבן, מיין ווייב און מיינע קינדער - אלעס נאר פאר ענק".


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיר נישט; ווייל ווען עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר - און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס וועט ער זייער חרטה האבן, טראכטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי קענען מיר ווערן צדיקים, אין די צייט וואס זיי האבן געהאט גאר הויכע נשמות?
עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ליין יעדן טאג די טעגליכע בריוו און איך בין מיך זייער מחיה דערמיט. יישר כח.


ביי די בריוו פון יום א' מקץ שרייבט דער ראש ישיבה אז א צדיק מיינט נישט איינער וואס פאלט נישט אראפ, און אז א צדיק קען אויך האבן נסיונות. דאס איז א זאך וואס איך טראכט אסאך דערפון, אז לכאורה ווי אזוי מ'זעט זענען אלע גרויסע צדיקים געבוירן געווארן מיט א העכערע נשמה, אזוי ווי מ'זעט ביים רבי'ן וויפיל ער האט שוין צאמגעלערנט נאך אלט זייענדיג ווייניגער ווי זעקס יאר, אויך האט ער שוין נאך פאר דריי יאר געהאט שכל וואס א נארמאלע מענטש האט נישט אפילו ביי די פערציג, אזוי ווי ער האט אליינס דערציילט אז ווען זיין מאמע האט אים אויסגעקעמט די האר און ס'האט אים וויי געטון האט ער פארשטאנען אז ער האט גארנישט פון שרייען ווייל אויף די וועלט דארף מען ליידן און שווייגן.


אויך ווערט געברעגנט פונעם הייליגן קאמארנער זי"ע אז ער האט שוין געלערנט מיט זיין טאטע ביי די ניין יאר כתבי האריז"ל. אויך פארציילט דער הייליגער ריבניצער זי"ע אז ער האט געלערנט שוין אלס קינד מיט זיין רבי'ן דער הייליגער שטיפינעשטער רבי ז"ל, נגלה און נסתר.


ווי אזוי קען זיך א פשוטער מענטש אויך דערהאלטן ווען ער שטייט אזוי ווייט פון אזעלכע גרויסע צדיקים וואס זיי זענען געווען קדושים וטהורים און גרייט געווען פאר מסירת נפש 24 שעה א טאג?


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע בריוון.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ל' כסליו, א' דר"ח טבת, ו' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי פלעגט אסאך שמועסן מיט אונזערע לייט פון זיינע מדריגות, ער פלעגט זיי דערציילן צו וואס ער האט אלץ זוכה געווען; דער רבי פלעגט שמועסן פון זיך, פון זיינע מדריגות און השגות, ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן אים וועלן נאכמאכן. דורכדעם וואס מען וועט הערן צו וואס א מענטש קען זוכה זיין, וועלן אלע פרובירן אים נאכצומאכן.


ווען דער רבי פלעגט פארציילן זיינע מדריגות וכו', איז געווען אפאר מאל וואס מענטשן האבן געזאגט פארן רבי'ן: "איר זענט צו געקומען צו גרויסע מדריגות און השגות ווייל איר זענט אן אייניקל פון דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איר זענט אן אייניקל פון הרב הקדוש רבי נחמן הורודענקער זכותו יגן עלינו, און פון נאך צדיקים, דאס איז די סיבה פארוואס איר האט זוכה געווען צו די גרויסע מדריגות", שרייבט ר' נתן (שבחי הר"ן, סימן כו): "יעדעס מאל ווען דער רבי האט געהערט אז מענטשן זאגן אז דער רבי איז צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות ווייל ער איז געבוירן מיט א הויכע נשמה, אדער מצד יחוס, פלעגט דער רבי זייער מקפיד זיין, און געזאגט: 'איך בין צוגעקומען צו וואס איך בין צוגעקומען, נישט ווייל איך שטאם פון אזעלכע גרויסע זיידעס, און נישט ווייל מיין נשמה וכו', נאר ווייל איך האב זייער אסאך געהארעוועט, און יעדער מענטש קען זוכה זיין צו דעם'".


דאס וואס דו שרייבסט אז דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען א קליין קינד און זיין מאמע די גרויסע צדיקת פייגא האט געקעמט זיין האר, עס האט זייער וויי געטון, און ער האט קיינמאל נישט געשריגן, ווייל ער האט שוין דעמאלט פארשטאנען אז אויף דער וועלט דארף מען ליידן; דאס איז טאקע אמת, דער רבי האט געהאט א גאר גרויסע נשמה, אבער דאס האט נישט צו טון מיט ווערן א צדיק, קוק אריין אין שבחי הר"ן (סימן כה) אז דער רבי האט בפירוש געזאגט: "אֲפִלּוּ אִם הָיָה מִמִּשְׁפָּחָה הַיְרוּדָה שֶׁבְּיִשְׂרָאֵל, הָיָה זוֹכֶה גַּם כֵּן לְמַה שֶׁזָּכָה עַל יְדֵי עֹצֶם עֲבוֹדָתוֹ וִיגִיעָתוֹ, שֶׁיָּגַע וְטָרַח מְאֹד מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַך", אפילו ער וואלט ווען געבוירן געווארן ביי די פשוט'סטע שטוב, וואלט ער אויך זוכה געווען צו זיינע מדריגות, צוליב וואס ער האט אזוי סאך געהארעוועט.


יעדער מענטש קען זוכה זיין צו ווערן אזוי גרויס ווי משה רבינו; קוק אריין אין רמב"ם הלכות תשובה (פרק ה', הלכה ב) ווי ער זאגט דארט אז יעדער מענטש קען זוכה זיין צו ווערן אזוי גרויס ווי משה רבינו, עס ווענדט זיך נאר אינעם מענטש אליין. איך טייטש דיר איבער דעם לשון פון רמב"ם: "דיינע מחשבות זאלן דיר נישט איינרעדן דאס וואס מען קען הערן פון נארישע מענטשן ווי זיי זאגן, 'דער אייבערשטער האט שוין גוזר געווען ווער עס זאל זיין א צדיק און ווער עס זאל זיין א רשע', עס איז נישט אזוי, נאר יעדער איינער קען זוכה זיין צו זיין אזוי גרויס ווי משה רבינו, אדער פארקערט - ווי ירעם בן נבט; יעדער מענטש האט זיין אייגענע בחירה צי ער זאל זיין א חכם אדער א נאר. יעדער מענטש קען זיין א רחמנות'דיגער, אדער פארקערט - אן אכזר, אדער א קארגער מענטש, אזוי אויך אין אלע אנדערע זאכן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#5 - איר רעדט קיינמאל נישט פון געלט, האט איר די רייכסטע ישיבה?
פרנסה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

א גוטן מיין טייערער ראש הישיבה שליט"א.


נאכאמאל וויל איך אייך באדאנקען פאר אייערע הערליכע שיעורים וואס געבט מיר לעבן מיט חיזוק און מאכט אז איך זאל קיינמאל זיך נישט מייאש זיין.


איך האב פונקט יעצט געליינט ווי איר שרייבט אז איר זענט אריין אין גרויסע חובות, וואס דאס טוט מיר זייער זייער שטארק וויי, ווייל איר טוט דאך אויף פאר אזוי סאך מענטשן וואס איר קענט אפילו נישט (אזוי ווי איך), און איר דערמאנט נישט קיין ווארט קיינמאל אז דער וואס וויל קען ארויס העלפן מיט א קליינע נדבה.


ווייל ביי יעדער אנדערע פלאץ, איינע פון די ערשטע זאכן איז, "אפשר קענט איר געבן עפעס געלט פאר די מוסדות?", און דא וואס איך האב שוין אויסגעהערט אלע שיעורים, און איר דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן געלט, מען קען מיינען אז דאס איז די רייכסטע ישיבה אויף דער וועלט.


איך בעט אייך אויב איר קענט ביטע מודיע זיין ווי קען מען רופן אויף איבער געבן נדבות פאר די מוסדות.


א גרויסן גרויסן ש'כח פאר אלעס, מיט קיין שום געלט אין דער וועלט קען איך נישט אויסדריקן מיין דאנקבארקייט פאר'ן ראש הישיבה.


א געזונטן ווינטער.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט עצות פאר אלע פראבלעמען, בעיקר איין עצה וואס העלפט אויף יעדע איינציגע פראבלעם - 'התבודדות', אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן און אים אלעס פארציילן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן, מיר האבן דאס פאריגע וואך געהאט אינעם דף גמרא (סנהדרין קי.) אז קרח האט געהאט דריי הונדערט אייזלען וואס האבן געטראגן בלויז די שליסלעך פון זיינע אוצרות, אזוי רייך איז קרח געווען; איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד זייער א שיינער פשט אויף דעם מאמר חז"ל, שליסלעך זענען אזוי ווי עצות, ווען מען האט א פארמאכטע פלאץ, מען איז אין מצב וואס מען ווייסט נישט וואס צו טון, איז אן עצה אזוי ווי א שליסל וואס מען קען זיך אריין באקומען אין יעדע סארט פארמאכטע פלאץ. קרח האט געהאט דריי הונדערט עצות, פאר יעדע פראבלעם האט ער געהאט אן אנדערע דמיון, אבער משה רבינו האט געהאט איין מייסטער שליסל - "תפילה"; מיט דעם שליסל קען מען ארויס גיין פון יעדע פארמאכטע צרה.


ווען א מענטש געוואוינט זיך צו, יעדע זאך וואס עס באדערט אים בעט ער דעם אייבערשטן, דארף ער נישט קיין דריי הונדערט אייזלען וכו', ער האט איין שליסל 'התבודדות', וואס דאס איז אזוי ווי א מייסטער שליסל, מען קען אריין גיין וואו מען וויל, און ארויס גיין פון יעדע פראבלעם וואס מען זאל נאר האבן.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט געמיינט אז מיר זענען די רייכסטע קהילה וכו'; וויסן זאלסטו אז מיר זענען טאקע די רייכסטע קהלה. אין היכל הקודש לערנען אלע, נישט קיין חילוק יונג אדער אלט, יעדן איינציגן טאג, מקרא משנה גמרא. סיי קינדער, סיי בחורים, סיי אינגעלייט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רֶבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פרשיותיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה יעדע וואך האט אריכות ימים; אין היכל הקודש איז יעדן טאג א טאג, מען האט אריכות ימים - אסאך טעג, מען זוכט נישט קיין תירוצים אויף נישט צו לערנען, "היינט איז ערב"; "מארגן איז מוצאי"; "איבערמארגן איז פארוואלקענט"; "אייער נעכטן איז א שמחה"; נאר מען לעבט מיטן טאג, יעדן טאג איז א טאג, יעדן טאג לערנט מען אביסל מקרא, שנים מקרא ואחד תרגום, יעדן טאג לערנט מען חומש רש"י, מען האט ממש אריכות ימים.


נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שבת קכ.): "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", ווער איז אן ארעמאן? איינער וואס לערנט נישט קיין מקרא, ער לערנט נישט קיין משניות, און נישט קיין גמרא; א מענטש דארף לעבן מיט תכלית, מען דארף געדענקען אז עס איז דא א מציאות וואס רופט זיך "גוסס", עס איז דא א מציאות ווי א "בית הקברות", דארט נעמט מען מיט נאר דאס ביסל תורה וואס מען האט זיך אנגעגרייט; תלמידי היכל הקודש זענען גרויסע עשירים, יעדער תלמיד האט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין לכל הפחות איין מאל כל התורה כולה, חמשה חומשי תורה, נביאים וכתובים, ששה סדרי משנה, תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי, ששה סדרי תוספתא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר הקדוש, ותיקונים, ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות וכו' וכו'; דאס איז אן אייביגע עשירות.


ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "איך שרייב מיינע ספרים נאר פאר א מענטש וואס טראכט: 'איין טאג וועל איך זיין א גוסס און א נפטר, איך וועל ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר', איינער וואס טראכט נישט אז איין טאג וועט ער שטארבן און ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר - איז ביי מיר חשוב אזוי ווי א בהמה, וואס לעבט, עסט און שלאפט, און ווייסט נישט וואס דער סוף איז".


מוהרא"ש זכרונו לברכה איז אמאל געפארן צו א שמחה, אויפן וועג פארנדיג אהין, האט דער דרייווער אנגעצינדן פאר מוהרא"ש דעם ניגון: "מיט וואס? מיט וואס? מיט וואס וועט מען קומען אויף יענע וועלט..." (עס איז דא א ברסלב'ע טעיפ וואס האט דערויף דעם ניגון), דער ניגון גייט ווייטער: "נישט קיין חצות, נישט קיין תפילה בכח, נישט קיין תיקון הברית - מיט וואס וועסטו קומען אויף יענע וועלט..." יענע וואך ביים שיעור ליל שישי האט מוהרא"ש געזינגען דעם ניגון און אויסגעפירט: "מיט וואס? מיט וואס? מיט וואס וועט מען קומען אויף יענע וועלט; מיט מיינע פרקים משניות, מיט מיינע דפים גמרא, מיט מיינע דיבורים וואס איך רעד יעדן טאג צום אייבערשטן, מיט שחרית מנחה מעריב, מיט דעם וועל איך קומען אויף יענע וועלט".


דערפאר, זע דו אויך אויס צו ניצן דיינע טעג און יארן, אז דו זאלסט נישט דארפן זינגען אויף דער עלטער דעם צעבראכענעם ניגון: "מיט וואס וועל קומען אויף יענע וועלט".


ליידער מוז איך דיר זאגן, אז אפילו אין ברסלב אליין רעדט מען אויך נישט פון תכלית, אז מען זאל יעדן טאג אריין כאפן מקרא משנה גמרא וכו', בשעת דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לְאָדָם שֶׁיַעֲבוֹר וְיֵלֵך בָּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כּוּלָם כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", א מענטש זאל לערנען אלע ספרים וואס עס זענען פארהאן, ער זאל זיין באקאנט איבעראל, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְּדִינוֹת, וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶּׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מיר זעען, אז מענטשן געבן אויס אסאך געלט ארום צו פארן אויף די גאנצע וועלט, כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען: "איך בין געווען דא און דארט", "כְּמוֹ כֵּן, רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶּׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְהַיְינוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים", אזוי אויך זאגט דער רבי, זאל א מענטש לערנען אלע ספרים, כל התורה כולה, כדי ער זאל זיך קענען בארימען אויבן אין הימל: "איך בין געווען איבעראל", "וּלְעָתִיד בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויבן אין הימל לערנט מען מיטן מענטש אלעס וואס ער האט זוכה געווען צו לערנען בזה העולם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4 - איך זאג קוים משניות, זאל איך זאגן תיקון חצות?
תפילה והתבודדות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס שטארק זיך אריינגעלייגט נאנט צו ווערן צום רבי'ן דורך דער ראש ישיבה שליט"א לאורך ימים בעבודתו הגדולה מאד וקדוש.


וויל איך פרעגן איבער דעם וואס איר זאגט וועגן תיקון חצות, פאר איינעם וואס האלט קוים ביים זאגן משניות, נאר ווען איך קען פרוביר איך צו מאכן אביסל צייט; איז וואס איז וועגן תיקון חצות, וואס מוהרא"ש שרייבט אזוי סאך פון דעם, זאל איך עס טון?


איך האף זייער צו באקומען א תשובה אויף דעם פונ'ם ראש ישיבה שליט"א.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, י"ח מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי לאנג מיינסטו נעמט צו זאגן "תיקון חצות"; אפילו מען זאל עס זאגן מיט אלע פינף קינות, נעמט עס נישט מער ווי א האלבע שעה. אויב האט מען נישט קיין צייט, זאגט מען נאר די צען קאפיטלעך תהלים פון תיקון רחל און תיקון לאה, דאס נעמט אינגאנצן זעקס מינוט, דאס קען יעדער איינער טון.


מענטשן האלטן זיך צוריק פון זאגן "תיקון חצות", ווייל מען מיינט אז דאס איז נאר געמאכט פאר גרויסע צדיקים; די מעשה ביכלעך לייגן אראפ "תיקון חצות" כאילו דאס איז א שרעקעדיגע זאך, 'מען צינדט אן א ליכט און מען זיצט אויף דער ערד מיט א זאק וכו'', ווען קינדער הערן ווי מען לייגט דאס אראפ אזוי דראמאטיש, ווערט דאס איינגעזעצט ביי זיי אין מח אז דאס מיינט נישט זיי, דאס איז נאר פאר צדיקים וואס זענען זייער גרויס וכו'. אבער עס איז נישט אזוי, "תיקון חצות" דארף יעדער איינער זאגן, דאס איז אן הלכה אינעם ערשטן סימן אין שלחן ערוך (סימן א, סיעף ב) און אזוי טוען אלע ברסלב'ער חסידים, מען זאגט יעדע נאכט תיקון חצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז מען זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן תיקון חצות פאר מען גייט שלאפן; אז מען מאכט זיך א חשבון זעט מען אז עס קומט אויס רוב מאל צו גיין שלאפן ביי חצות, דערפאר זאגט מוהרא"ש אז מען זאל דעמאלט זאגן דעם תיקון חצות, מען ליינט קריאת שמע און מען זאגט נאכדעם תיקון חצות.


תיקון רחל איז צוויי קאפיטלעך (קאפיטל קלז): על נהרות בבל און (קאפיטל עט): מזמור לאסף. דערנאך זאגט מען (איכה ה): זכור ה' מה היה לנו, נאכדעם זאגט מען תיקון לאה (קאפיטל כד): לדוד מזמור, (קאפיטל מב): כאיל תערג, (קאפיטל מג): שפטני, (קאפיטל כ): יענך ה', (קאפיטל סז): למנצח בנגינות, (קאפיטל קיא): אודה ה', (קאפיטל נא): בבוא עליו נתן הנביא, (קאפיטל קכו): שיר המעלות; שבת און יום טוב און ווען מען זאגט נישט קיין תחנון, זאגט מען נישט תיקון רחל, נאר די זעקס קאפיטלעך פון תיקון לאה.


פרעג איך דיר, ווי לאנג נעמט צו זאגן די פאר קאפיטלעך תהילים אויף דעם סדר וואס דער הייליגער אריז"ל האט מתקן געווען. וואויל איז דיר אז דו וועסט זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - ווי אזוי קען איך מסדר זיין מיין טאג?
עבודת השם

תוכן השאלה‎

בס"ד


לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל וויל איך זיך באדאנקען פארן חשובן ראש ישיבה שליט"א פאר די געוואלדיגע חסד און געטריישאפט צו ענטפערן פאר יעדן מיט זיינע פארשידענע שאלות, ווייל יעדער האט דאך עפעס אנדערש וואס באדערט אים. איר האט די געוואלדיגע זכיה צו העלפן אידישע קינדער. ישלם לכם ה' פעלכם ויהי משכורתכם שלימה מעם ה'.


אצינד וויל איך פרעגן מיין שאלה. איך בין א אינגערמאן וואס ארבעט בערך 8-9 שעה א טאג, און איך ווייס די געוואלדיגע זכות און מצוה פון לערנען כל התורה כולה, און אויפשטיין חצות וכו' וכו', איך האב דעם חשק דערצו וכו', און איך האב שיעורים צופרי און ביינאכט. אבער איך בין נישט קיין מסודר'דיגער מענטש, ממילא הייב איך אן כסדר פון פריש, און עס ארבייט זיך נישט אויס, פארלירט מען די געדולד, ווייל מ'קומט נישט אן מיט גארנישט.


דעריבער אויב איז מעגליך דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר שרייבן א סדר זיך צו האלטן דערצו און אנקומען בעזה"י צו לערנען און קונה זיין תורה מיט אן אמת ולעשות נח"ר להבורא ית"ש.


ישר כח גדול ותזכו להמשיך לעזור לכל, ושכרכם הרבה מאוד ותזכו לכל טוב סלה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"א מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ר' אברהם בן ר' נחמן זכרונו לברכה, ווען מען האט אים געבעטן ער זאל געבן הנהגות, פלעגט ער ענטפערן אזוי: "מען קען נישט געבן קיין הנהגות פאר א מענטש, נאר איין הנהגה קען מען געבן דעם מענטש, מען קען אים מעודד זיין ער זאל רעדן צום אייבערשטן"; ווען מען פרעגט אן הנהגה, א סדר היום, קען מען נישט זאגן פאר דעם מענטש וואס צו טון, ווייל יעדער מענטש איז א וועלט פאר זיך; עס קען זיין א הנהגה וואס ביי איינעם איז דאס א גוטע הנהגה, אבער פאר א צווייטן איז דאס נישט גוט, אבער איין זאך קען מען מעודד זיין א מענטש - אויף התבודדות, מען זאל יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן.


א מענטש דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זיין פרייליך; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט כסדר אראפברענגען דעם מאמר חכמינו זכרונו לברכה (תנחומא, שמיני ח): "לְפִי שֶׁאֵין הַשִּׂמְחָה מַמְּתֶּנֶת לְאָדָם, לֹא כָּל מִי שֶׁשָׂמֵּחַ הַיּוֹם שָׂמֵחַ לְמָחָר"; א מענטש דארף זיך נישט מבלבל זיין וואס עס וועט זיין מארגן וכו', נאר טראכטן פונעם היינט, לעבן מיטן טאג און זוכן דאס גוטס פונעם טאג.


דערפאר בעט איך דיר זייער דו זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, און איינמאל מען איז פרייליך איז מען זוכה צו ישוב הדעת, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַך, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת", פארוואס זענען מענטשן ווייט פונעם אייבערשטן, ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת צו טראכטן וואס איז דער תכלית בזה העולם, וואס האט מען פון אלע תאוות וכו', עס בלייבט דאך גארנישט איבער פונעם מענטש, נאר דאס ביסל עבודת השם יתברך וואס א מענטש כאפט אריין בזה העולם; און ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת, מען זאל וויסן וואס מען האט צו טון דא אויף דער וועלט? זאגט דער רבי: "אַך דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה, אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז אים זייער שווער צו טראכטן נארמאל וכו', ווייל דער מוח איז אים מצומצם, רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען א מענטש איז פרייליך, דעמאלט קען דער מענטשן טראכטן וכו', ווייל ווען מען איז פרייליך איז דער מח ברייט אפען, און נישט מצומצם.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו ווילסט זאגן "תיקון חצות"; וויסן זאלסטו אז יעדער מענטש איז אנדערש, איינער דארף שלאפן מער, א צווייטער איז אים גענוג צו שלאפן ווייניג. דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' בער זכרונו לברכה פון מעדוועדיווקע, ער פלעגט זיך זייער מוטשען אויפצושטיין חצות; יעדע נאכט איז ער געבליבן שלאפן -  מיט אנדערע תירוצים, אבער עס פלעגט אים זייער וויי טון אז ער פארשלאפט זיינע טעג און יארן. ער איז אויפגעקומען מיט א פלאן, ער האט געדינגען א גוי זאל אים קומען יעדע נאכט אויף וועקן ביי חצות, דער גוי פלעגט קומען צוועלף אזייגער קלאפן אויף זיין פענסטער, ער האט געקלאפט און געקלאפט ביז ר' בער איז אויפגעשטאנען, אבער אזוי ווי ער איז געווען א שוואכער כאראקטער, פלעגט ער נאך זיין זייער מיד, און ווען דער גוי איז געקומען וועקן, האט ער געטראכט צו זיך איך לייג זיך צוריק נאר פאר אפאר מינוט. פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן שלאפן ביזן טאג אריין; אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט, ווען ער האט געזען אז די עצה העלפט נישט און ער פארשלאפט יעדע נאכט, איז ער געווארן זייער צעבראכן, האט ער געטראכט א צווייטע עצה - ער האט געבעטן דעם גוי אז ער זאל נישט אוועק גיין פון דארט ביז ער קומט ארויס, פון דעמאלט און ווייטער, ווען דער גוי איז געקומען קלאפן אים אויפצואוועקן און ר' בער האט אים געזאגט אז ער איז שוין אויף און ער קען שוין אהיים גיין, האט אים דער גוי געזאגט: "איך גיי נישט אוועק ביז דו טוסט זיך אן דיינע קליידער, און דו קומסט ארויס - אזוי ווי מיר האבן אפגעשמועסט". פלעגט ער טאקע אויפשטיין ווייל ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, דער גוי איז נישט אוועק פון דארט ביז ווי לאנג ער איז ארויס געקומען, אבער ער פלעגט האבן שרעקליכע קאפ ווייטאג, ביז ער איז שיעור משוגע געווארן.


ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, ער האט פארציילט פארן רבי'ן אז ער איז זייער מיד וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "שלאף און עס, נאר היט די צייט", שפעטער האט אים דער רבי געזאגט: "דיין חצות וועט זיין דריי אזייגער".


זעט מען פון דעם, אז מען קען נישט נאכמאכן א צווייטן; איינער דארף שלאפן מער און איינער קען שלאפן ווייניגער. דער עיקר דארף מען היטן די צייט און זיך נישט איבערשטרענגען. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף אכטונג געבן אז קודם זאל זיין גוף זיין רואיג און נישט איבערגעשטרענגט, און נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש; ווען דער יצר הרע זעט א מענטש וועם ער קען נישט בייקומען - דער מענטש פירט זיך זייער ערליך, קומט ער צום מענטש ווי א פרומער, ער מאכט אים שפירן אז ער טוט נישט גענוג, און ער פארדרייט אים דעם קאפ אז ער זאל פאסטן און טון סיגופים וכו' וכו'. פארשטייט זיך אז דער מענטש האט נישט קיין כח צו דעם, פאלט ער אראפ און ער ווערט שוואך, און ער בלייבט ליגן אין בעט אן קיין כח - ער קען נישט נישט דאווענען און נישט לערנען, און אזוי האט ער געכאפט דעם מענטש אין זיין פאסטקע.


דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן צו עסן צו דער זעט און שלאפן גענוג  - וויפיל דער מענטש דארף; עס איז נישט שייך צו זאגן פאר א מענטש וויפיל שעה ער דארף שלאפן, ווייל יעדער מענטש איז אנדערש.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אסאך קומען אין ישיבה געבן דרשות פאר די בחורים, פלעגט ער שטענדיג זאגן פאר די בחורים אז מען זאל עסן אסאך, ווייל א בחור דארף עסן צו דער זעט, נאר דער עיקר זאל מען אויסנוצן די צייט. ר' נתן פלעגט זאגן, אז ווען ער האט געהערט פון רבי'ן: "מְעַט גַם כֵּן טוֹב", אביסל איז אויך גוט; פון דעמאלט האט ער זייער מצליח געווען. ווייל איינמאל א מענטש ווייסט אז מען קען נישט נאכמאכן א צווייטן, נאר יעדער מענטש דארף דינען דעם אייבערשטן לויט זיינע כוחות, דעמאלט איז ער מצליח.


לגבי זאגן תיקון חצות; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געלערנט אז מען זאל זאגן תיקון חצות פאר מען לייגט זיך שלאפן. מוהרא"ש זאגט אז רוב מאל לייגט זיך א מענטש שלאפן נאך חצות, דערפאר זאל מען זאגן חצות נאך קריאת שמע, פאר מען לייגט זיך שלאפן.


מען האט געהאט אסאך טענות אויף מוהרא"ש זכרונו לברכה; איינע פון די טענות איז געווען דאס, אז היתכן מוהרא"ש זאגט מען זאל זאגן חצות פאר מען לייגט זיך, ווען דער רבי זאגט בפירוש מען זאל 'אויפשטיין' זאגן חצות, אבער מוהרא"ש האט געזאגט: "ווען א מענטש קען אויפשטיין זאגן חצות - איז זיכער גוט, און דאס וויל דער רבי, אבער דער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן. ווען א מענטש זעט אז עס גייט אריבער נאכט נאך נאכט און ער בלייבט שלאפן, זאל ער כאטש זאגן תיקון חצות פאר ער גייט שלאפן. דערפאר פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל זאגן חצות פאר מען גייט שלאפן.


אויך זאלסטו וויסן אז מען קען זאגן תיקון חצות א גאנצע נאכט - ביזן עלות השחר; יעצט ווינטער איז דער עלות זייער שפעט, קען מען זאגן תיקון חצות ווען מען שטייט אויף. איך גיי איין מאל א וואך מיט מיינע קינדער צו קברי צדיקים פארטאגס, מיר זאגן דארט תיקון חצות, און נאכדעם זענען מיר זיך מתבודד צום אייבערשטן; איך טו דאס מיט זיי, ווייל איך געדענק ווען איך בין געווען א בחור, און איך פלעג פארן מיט מיין זיידע קיין מירון, מיין זיידע האט מיר שוין אויפגעוועקט צוויי אזייגער פארטאגס, און מיר פלעגן ארויפגיין פארטאגס צו די מערה לערנען דארט א גאנצע נאכט ביז ותיקון. פלעג איך דארט זען ערליכע ברסלב'ער חסידים זיצן אויף דער ערד און זאגן תיקון חצות מיט בכיות נוראות, און דאס איז מיר אריין אין מיינע ביינער; איך וויל אז מיינע קינדער זאלן דאס אויך נאך מאכן, זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


שטארק דיך און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין מסודר, נישט טוישן יעדן טאג צו א צווייטע עבודה, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.

#2 - זאל מען ארבעטן נאר אויף שמחה? ווי אזוי דינט מען דעם באשעפער מיט גשמיות?
מדות טובות, עבודת השם, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבור הראש ישיבה שליט''א,


קודם יישר כח פאר'ן אוועקגעבן צייט צו ענטפערן שאלות, און יעצט וואלט איך געוואלט פרעגן עטליכע שאלות.


שאלה א', לויט ווי מוהרא''ש זאגט אז די ערשטע זאך זאל מען ארבעטן אויף שמחה, איז וואס זאל מען טון ביז מען איז קונה די מדה, זאל מען נישט ארבעטן אויף אנדערע זאכן ווי שלום בית און חינוך הבנים? עס קען דאך אדורך גיין יארן ביז מען איז קונה די מדה.


שאלה ב', אויך וואלט איך געוואלט פרעגן ווי אזוי קען מען האבן הכרת הטוב פאר'ן רבש"ע אויף דעם וואס ער האט באשאפן די נשמה וואס דעמאלט איז דא נהמא דכסיפא און ממילא מוז די נשמה אראפקומען דא אויף די וועלט און אדורך גיין אלע שוועריקייטן, סיי צדיקים און אוודאי רשעים. עס וואלט לויט די פראסטע שכל געווען בעסער אז די נשמה זאל בכלל נישט באשאפן ווערן, אזוי ווי די ספרים פרעגן וואס איז די גרויסקייט פון יציאת מצרים אז ער האט אונז אריינגעברענגט אין מצרים און די תירוץ וואס זיי ענטפערן כדי זיי אויס צולייטערן איז נישט שייך דא.


שאלה ג', איר דערמאנט אסאך אין אייערע שיעורים אז מען קען לעבן דא אויף די וועלט בגשמיות און דאך דינען השי''ת, עס נישט קיין סתירה, איז מיר שווער ווייל אין שו''ע שטייט סימן רל''א בערך, אז א מענטש זאל נאר טון אלע זיינע עניני גשמיים נאר אויב עס איז א צורך אין עבודת השם, צום ביישפיל נישט עסן אדער שלאפן מער וויפיל עס פעלט אויס.


א גרויסן יישר כח.


עקיבא יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד עקיבא יוסף נרו יאיר


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "צְרִיכִים לְבַקֵּשׁ קוֹדֶם עַל מִדָה אַחַת, וּכְּשֶׁשׁוֹבְרִים אֶת הַמִּדָּה הַזּוֹ, אָז צְרִיכִים לְהִתְפַּלֵּל עַל מִדָה שְׁנִיָּה, וְכֵן לְבַקֵּשׁ בְּכָל פַּעַם עַל מִדָה אַחֶרֶת עַד שֶׁיְבַטֵל מִמֶּנּוּ אֶת כָּל הַמִּדּוֹת וְהַתַּאֲווֹת רָעוֹת", א מענטש זאל קודם נעמען איין מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און ווען ער האט שוין צעבראכן די שלעכטע מדה זאל ער נעמען נאך א מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, ביז ער וועט זוכה זיין צו צעברעכן אלע זיינע שלעכטע מידות.


שטעלט זיך די קשיא: ביי וועלכע מדה הייבט מען אן, אויף וועלכע מדה זאל מען בעטן ערשט? מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן אז די ערשטע זאל מען בעטן אויף "שמחה", ווייל איינמאל מען איז פרייליך, פאלט שוין אוועק אלע מידות רעות און שלעכטע תאוות, און אז מען איז פרייליך, האט מען נישט אזויפיל פראבלעמען. דאס מיינט נישט צו זאגן אז א מענטש דארף נישט בעטן אויף שלום בית, אויף קינדער, און אויף פרנסה וכו' וכו', פארקערט, דער עיקר  שלימות פון התבודדות איז ווען דער מענטש רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי ער רעדט צו א גוטע חבר; אודאי דארף מען בעטן אויף גוטע קינדער, טייכן טרערן דארף מען פארגיסן צום אייבערשטן אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


נאר ווען א מענטש וויל אויסארבעטן זיינע שלעכטע מידות, און ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל האבן גוטע מידות, אויב הייבט מען אן מיט שמחה, פאלן אוועק אלע שלעכטס, ווייל ווען א מענטש איז טרויעריג און דעפרעסט, דעמאלט פאלט ער אריין אין כעס און אין שלעכטע מעשים, אזוי אויך ער פאלט אין קדושה, ווייל אלע פראבלעמען הייבן זיך אן ווען מען איז נישט פרייליך. דערפאר דארף א מענטש פרובירן מיט אלע זיינע כוחות צו זיין שטענדיג פרייליך, און שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זיין פרייליך.


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס מען איז באשאפן געווארן וכו'; עס איז נישט כדאי אריין צו גיין אין די אלע חקירות וכו', ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵך אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה, קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדרייט דער וועלט, און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאך געגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַך", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין יג:): "נוֹחַ לוֹ לָאָדָם שֶׁלֹא נִבְרָא יוֹתֵר מִשֶׁנִּבְרָא, וְעַכְשָׁיו שֶׁנִּבְרָא יְפַשְׁפֵּשׁ בְּמַעֲשָׂיו", עס איז בעסער פארן מענטש ער זאל ווען נישט באשאפן ווערן, אבער יעצט אז מיר זענען שוין באשאפן געווארן זאל מען זען אריינצוכאפן ווי מער מצוות ומעשים טובים; דערפאר, אז דער אייבערשטער האט אונז באשאפן, דארפן מיר אים דאנקען און לויבן אן קיין חכמות וכו'.


ר' נתן האט געזאגט: ווען דער אייבערשטער זעט ווי א מענטש דאנקט און לויבט אים, זאגט דער אייבערשטער פאר די מלאכים: "קוקט אן דעם איד, ער האט גארנישט און ער דאנקט מיך, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט", און פארקערט אויך, ווען דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט זיך נישט אויף אפצורעדן, זאגט ער: "איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט".


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי קען מען לעבן מיטן אייבערשטן צוזאמען מיט עולם הזה וכו', אמער עס שטייט דאך אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רלא) אז מען טאר נישט הנאה האבן פון עסן און שלאפן, און פון אנדערע הנאות; דיין קשיא איז דער תירוץ, קוק אריין דארט אין שולחן ערוך (שם) ווי דער מחבר רעכענט אויס אלעס וואס דער מענטש טוט - עסן, שלאפן, וכו' וכו', אז מען זאל אלעס טון מיטן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיך דָעֵהוּ". דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "ווי איז שייך תאוות, עסן דארף מען אז מען זאל קענען לעבן, שלאפן דארף מען כדי מען זאל קענען האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, און חתונה האבן דארף מען ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, ממילא ווי איז שייך תאוות?


דער רבי האט געזאגט, ווען ער זאל וויסן אין זיין יונגע יארן צו וואס מען קען צו קומען דורך התבודדות, וואלט ער זיך נישט מסגף געווען אין די אינגע יארן; דער עיקר דארף א מענטש אויסניצן זיינע טעג און יארן מיט לימוד התורה און תפילה.


דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע דרך הלימוד, א וועג ווי אזוי יעדער איד קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגער תורה. אפילו איינער וואס האט נישט קיין מח, און ער פארשטייט נישט קיין לערנען - קען אויך זוכה זיין צו ענדיגן כל התורה כולה אויב פאלגט ער דעם רבי'ן און הייבט אן לערנען כסדרן, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "הָעִקָּר הִיא הָאֲמִירָה, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר וּמִמֵּילָא יָבִין", דער עיקר זאל מען זען צו זאגן די ווערטער פון די תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, און ביים סוף וועט מען פארשטיין. דערפאר בעט איך דיר זייער, זיי קלוג און זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא און הלכה, נאר דאס וועט איבער בלייבן פון אונז, און נאר דאס מאכט פרייליך א מענטש, פון אלע חקירות און חכמות האט דער מענטש גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - קען מען זיין אן ערליכער איד, אפילו ווען מען וויל האבן א געשמאקע לעבן אויף דער וועלט?
עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש הישיבה,


קודם א ריזיגן ש'כח פאר אלע שיעורים און פאר אלע עצות פונעם רבי'ן, עס האלט מיך ממש ביים לעבן, און איך שעפ חיות פין דעם יעדע מינוט פון טאג.


מיין שאלה איז בנוגע "קדש עצמך במותר לך". אין די פלאץ וואו איך בין אויפגעוואקסן איז מען זייער פארנומען מיט "קדש עצמך במותר לך", מען איז נאר פארנומען מיט דעם אז מען מוז זיך צוברעכן די תאוות, און אויב איינער קויפט זיך א שיינע קאר אדער א שיינע הויז איז ער שוין אפגעפרעגט אויף די פלאץ, מען קוקט אים אן ווי איינער וואס איז נאר פארנומען מיט נארישקייטן, און מען קוקט אים אראפ.


אויב דער ראש הישיבה קען ביטע אראפנעמען אפאר מינוט מיר צו ענטפערן וואס דער ראש הישיבה האלט איבער די נושא.


יישר כח און הצלחה רבה.


דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ג' פרשת וזאת הברכה-א', ו' תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחיה מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "זיי זאלן מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיטן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען"; ווייל ווער עס הערט דעם רבינ'ס ווערטער, זיינע עצות און התחזקות - ווערט אן ערליכער איד, און הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, און אפילו ער פאלט אראפ, שרייט ער צום אייבערשטן פון דארט. מען קען נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס האט נאך נישט טועם געווען פון רבינ'ס עצות, וואס דער רבי געבט אונז. די גאנצע לעבן ווערט געטוישט צום גוטן, און מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן א גאנצן טאג.


וויסן זאלסטו אז צו זיין אן ערליכער איד, האט נישט צו טון צי מען האט א שיינע קאר און א שיינע דירה, צי נישט; אן ערליכער איד איז איינער וואס גייט דריי מאל א טאג אין שול דאווענען מיט מנין אפילו עס איז אים זייער שווער, ווייל צופרי דארף ער לויפן ברענגען פרנסה, ביינאכט איז ער זייער אויסגעמוטשעט, ווער רעדט נאך אינמיטן טאג ווען ער איז אריין געטון אין פרנסה וכו' - דאך גייט ער אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מסירות נפש. אן ערליכער איד איז איינער וואס רעדט איידל, ער שרייט נישט, ער רעגט זיך נישט אויף ווען עס גייט נישט אזוי ווי ער האט געוואלט וכו', ער רעדט שיין אין שטוב, ער רעדט איידל צו זיין ווייב און קינדער, ער מאכט פרייליך זיין ווייב, ער שטארקט איר און איז איר מחזק - דער איז אן ערליכער איד. אלעס אנדערש איז נארישקייטן, יא שיינע קאר, נישט שיינע קאר, יא שיינע הויז נישט שיינע הויז, דאס געבט גארנישט צו צו ווערן אן ערליכער איד אדער נישט ווערן. א שיינע קאר און א שיינע הויז איז נישט קיין מותרות, מותרות איז טייטש ווען מען לעבט אן דעם אייבערשטן, דעמאלט איז אלעס איבעריג. ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס ער האט קומט פונעם אייבערשטן, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, און אויף וואס ער האט, דעמאלט איז עס נישט קיין מותרות.


ווען א מענטש נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיין לעבן, ער ברענגט אריין דעם אלופו של עולם ביי זיך אין שטוב, ווערט "גאט" – דער אייבערשטער געפונט זיך אין זיין שטוב, אבער אויב ער נעמט ארויס דעם אייבערשטן, ער נעמט ארויס דעם 'א' דעם אלופו של עולם בלייבט איבער 'גט', און עס ווערט א גט רחמנא לצלן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה שֶׁזָּכוּ - שְׁכִינָה שְׁרוּיָה בֵּינֵיהֶן, לֹא זָכוּ - אֵשׁ אוֹכְלָתָן"; א מאן און ווייב וואס זענען זוכה, זיי לעבן מיטן אייבערשטן, האבן זיי א גוטע לעבן, אבער אויב חס ושלום זיי נעמען ארויס דעם אייבערשטן פון זייער לעבן, מען נעמט ארויס דעם יו"ד פון איש און די ה"א פון אשה, בלייבט איבער אש מיט אש (עיין ברש"י שם) און זיי ווערן פארברענט.


אזוי איז מיט יעדע זאך וואס א מענטש האט. ווען א מענטש עסט, אויב מאכט ער א ברכה, ער דאנקט דעם אייבערשטן, דעמאלט מעג ער הנאה האבן פון דעם. פארקערט, דער אייבערשטער האט באשאפן אלע גוטע עסן נאר אז מענטשן זאל הנאה האבן פון דעם און אים דאנקען, אזוי ווי עס שטייט (דברים ח, י): "וְאָכַלְתָּ וְשָׂבָעְתָּ וּבֵרַכְתָּ אֶת ה' אֱלֹהֶיך, עַל הָאָרֶץ הַטֹּבָה אֲשֶׁר נָתַן לָך". אזוי אויך זעען מיר אין גמרא, חכמינו זכרונם לברכה פרעגן א קשיא (ברכות לה.): איינמאל שטייט (תהלים כד, א): "לַה' הָאָרֶץ וּמְלוֹאָהּ", די וועלט באלאנגט פארן אייבערשטן, און ביי א צווייטע פלאץ שטייט (תהלים קטו, טז): "וְהָאָרֶץ נָתַן לִבְנֵי אָדָם", אז דער אייבערשטער האט געגעבן די ערד פאר די מענטשן? ענטפערן חכמינו זכרונם לברכה: "כָּאן קוֹדֶם בְּרָכָה, כָּאן לְאַחַר הַבְּרָכָה", ווען א מענטש מאכט א ברכה דעמאלט ווערט עס דעם מענטש'נס זאך, ער מעג דאס עסן און הנאה האבן פון דעם, אבער אויב ער מאכט נישט קיין ברכה, דעמאלט איז ער א גנב.


דאס וואס דו פרעגסט מיר וואס טוט זיך מיט "קַדֵּשׁ עַצְמְ בַּמֻּתָּר לָ"; דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו זאגט (פרשת קדושים): "קַדֵּשׁ עַצְמְ בַּמֻּתָּר לָך" מִתְקַיֵּם עַל פִּי שְׁנֵי דְּרָכִים; אוֹ שֶׁמְמָאֵס בְּמוֹתָרוֹת, וְלִפְעָמִים בְּהֵפֶך - כַּמְּבֹאָר בְּשֻׁלְחָן עָרוּ שֶׁמַשְׂבִּיעַ עַצְמוֹ מִן הַהֶתֵּר כְּדֵי שֶׁא יָבֹא לִידֵי אִיסוּר, וְהַכֹּל לְפִי מַּה שֶׁהוּא אָדָם בְּאוֹתָהּ שָׁעָה, וּבִלְבַד שֶׁיִּהְיֶה כַּוָּנָתוֹ לַשָּׁמַיִם, וְהַיְינוּ גַם כֵּן קַדֵּשׁ עַצְמְך בַּמֻּתָּר לָך, שֶׁעַל יְדֵי הַמֻּתָּר הוּא מְקַדֵּשׁ עַל עַצְמוֹ שֶׁא יָבֹא לִידֵי אִיסוּר, וְגַם אִם עָשָׂה לְכַוָּנָה זוּ, הֱוֵי עֲבוֹדָה לַשֵּׁם בָּרוּך הוּא וּבָרוּך שְׁמוֹ, וּמְקַדֵּשׁ עַצְמוֹ, וְהָבֵן, עַיֵין שָׁם, מען קען עס מקיים זיין אויף צוויי וועגן, אדער אז מען איז ממאס אין אלע איבעריגע זאכן וכו', אדער פארקערט, מען טוט אלעס וואס מען מעג טון - בהיתר, אזוי וועט מען נישט צו קומען צו קיין עבירות; זעט מען פון דעם אז עס איז דא א וועג מקיים זיין קדש עצמך במותר לך אז מען זאל טון אלעס וואס מען מעג טון בהיתר, כדי מען זאל נישט צו קומען צו טון עבירות.


אנשטאט צו שטיין און ארבעטן אויף אוועקרייסן פון זיך אלע תענוגים וכו', דארף מען שטיין און זוכן 'וואס נאך קען איך טון צו ווערן נענטער צום אייבערשטן'. עס שטייט אין פסוק (תהלים לד, טו): "סוּר מֵרָע וַעֲשֵׂה טוֹב", עס איז דא צוויי דרכים ווי אזוי צו לערנען פשט אין דעם פסוק, איין וועג איז דער דרך המוסר - מען זאל קודם ארבעטן אפ צו טון פון זיך דעם שלעכטס, און נאכדעם זאל מען עוסק זיין אין עשה טוב. נאכדעם איז דא די וועג פונעם בעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו און זיינע תלמידים - מען זאל קודם עוסק זיין אין עשה טוב, און דורך דעם וועט פון זיך אליינס ווערן סור מרע, זיי לערנען פשט אינעם פסוק אזוי: סור מרע - ווילסט ארויסגיין פון דיין שלעכטס, ווי אזוי? דורך ועשה טוב, ווייל אז מען צינדט אן א ליכט אין א טינקעלע שטוב ווערט ליכטיג, און די טינקלקייט גייט פון זיך אליין אוועק, אזוי אויך ווען א מענטש טוט א מצוה ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן, און מיט די צייט וועט ער שוין אפלאזן זיינע שלעכטע מעשים.


עס איז באקאנט די מעשה וואס איז געווען ביים רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תמז) אז א איד איז געקומען צום רבי'ן און זייער געוויינט אז ער ליגט אין א טיפע בלאטע, ער זינדיגט נעבעך און טוט זייער גראבע עבירות, ער וויל דער רבי זאל אים העלפן ארויס קריכן פון זיין בלאטע. האט אים דער רבי געזאגט: "דו טו גוטס, און די שלעכטס וועט פון זיך אליינס אוועק פאלן"; דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, מען זאל עוסק זיין אין תורה תפילה וועט די שלעכטס אליינס אוועק פאלן. דער יצר הרע האט זייער מורא פון לימוד התורה ווייל ווען מען לערנט תורה ווערט ער אויס, בפרט ווען מען לערענט א דף גמרא ווערט ער אינגאנצען פארברענט, דערפאר וועט ער אלעס לאזן טון אבי מען זאל נישט לערנען א דף גמרא יעדן טאג.


דערפאר, אז דו בעטסט מיר איך זאל דיר שרייבן איבער דעם נושא, זאלסטו געדענקען אז דער עיקר איז מען זאל זען אריין צו כאפן יעדן טאג אביסל תורה תפילה, ווייל נאר דאס בלייבט פונעם מענטש. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם: "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פון טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט, און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


זייער אסאך בחורים און אינגעלייט מיינען אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיין א בטלן, וואוינען אין אן אלטן הויז, מיט א שמאטע קאר, מיט צעריסענע בגדים וכו' וכו', און דאס מאכט אז זיי זאלן אפלאזן זייער רצון צו וועלן זיין נאנט צום אייבערשטן. זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי מיינען אז א ל"ו צדיק גייט מיט צעריסענע בגדים און שמוציג אנגעטון. עס איז נישט אזוי, א צדיק איז איינער וואס טראכט פונעם אייבערשטן א גאנצן טאג, ער לעבט מיט אמונה, ער גייט ארום פרייליך.


ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "די וועלט מיינט אז צו זיין א צדיק דארף מען האבן עשרה קבין מרה שחורה, און צו זיין פון די ל"ו צדיקים דארף מען זיין א וואסער טרעגער, עס איז נישט אזוי - פלעגט ער אויס פירן - מען קען זיין א פרייליכער אידל און זיין א גרויסער צדיק, און מען קען זיין א בעל הבית און א גרויסער עשיר אזוי ווי ר' אברהם בערניו (דעם רבינ'ס אייניקל) און זיין פון די ל"ו צדיקים".


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קטז): "יֵשׁ טוֹעִים סוֹבְרִים, שֶׁצְּרִיכִין לְהַכִּיר אֶת הַצַּדִּיק אוֹ שְׁאָר דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה לְהַכִּירוֹ בְּפָנָיו בְּצַלְמוֹ וּדְמוּתוֹ, שֶׁיִּהְיֶה מְשֻׁנָּה בִּדְמוּתוֹ וּבִתְנוּעוֹתָיו דַּיְקָא, וּבֶאֱמֶת לֹא כֵן הוּא. כִּי הַצַּדִּיק הוּא בִּדְמוּת וְצֶלֶם כְּכָל הָאֲנָשִׁים וְאֵין בּוֹ שׁוּם שִׁנּוּי, וְאַף־עַל־פִּי־כֵן הוּא עִנְיָן אַחֵר לְגַמְרֵי" עיין שם; מענטשן זענען זיך טועה און זיי מיינען אז מען דארף דערקענען א צדיק פון אינדרויסן - פון זיין אנטון, פון זיין פנים וכו', אבער עס איז נישט אזוי - זאגט דער רבי, דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן פונקט ווי א צווייטער, נאר דער חילוק איז, אז זיין פנימיות איז גאר אן אנדערע ענין.


דאס איז א טעות וואס זייער אסאך מענטשן מאכן, מען מיינט אז מען דארף גיין איינגעבויגן ווי אן איינגעבויגענעם לולב צו זיין אן ערליכער איד, און מען דארף גיין מיט געמאסטענע טריט וכו', אבער דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצז): "כִּי בְּוַדַּאי אֵין זֶה מַעֲלַת הָעֲנָוָוה לְהַרְאוֹת עַצְמוֹ בִּכְפִיפַת ראשׁ בְּדֶרֶך שְׁטוּת כְּאִלּוּ הוּא עָנָו, כִּי זֶה עֲנָוָוה פְּסוּלָה", עס איז נישט קיין ענוה צו גיין מיט אן איינגעבויגענעם קאפ, מען קען גיין מיט א גראדע אויפגעהויבענע קאפ; און זיין ביי זיך צעבראכן כחרס הנשבר, מען קען זען בילדער פון צדיקים פונעם פריערדיגן דור ווי זיי גייען אנגעטון זייער צאמגענומען וכו'.


דער אייבערשטער זאל דיר  העלפן דו זאלסט האבן א שיינעם קאר און א שיינעם הויז, און מיט דעם טון דעם רצון פונעם אייבערשטן; מיט דיין קאר זאלסטו טון חסד, און אין דיין הויז זאלסטו מאכן א מקדש מעט, זאלסטו פרייליך מאכן דיין ווייב און קינדער, זאלסט מחנך זיין דיינע קינדער זיי זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן, ליב האבן ערליכע אידן, ליב האבן צו טון מצות.


איך וואלט נאך געדארפט אסאך מער מאריך זיין, אבער איך בין נעכטן צוריק געקומען פון אומאן, און עס ווארט אויף מיר אסאך ארבעט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.