שאלה אין קורצן ענין
#30 - פארוואס באקום איך נישט קיין ענטפער אויף מיינע שאלות?
שאלות

תוכן השאלה‎

שלום רב להראש הישיבה שליט"א


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה געבט אונז. אלע חיזוק, שיעורים, ניגונים, טאנץ מיט אמונה, און נאך פיל.


איך האב אייך געשריבן עטליכע שאלות, און איך האב נישט באקומען קיין ענטפער, איך וועל זיך פרייען אויב איך קען וויסן פארוואס איך באקום נישט קיין ענטפערס.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח.


יהושע העשיל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע העשיל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געענטפערט אויף אלע דיינע בריוו, איך קום נישט אן צו ענטפערן יעדע בריוו וואס איך באקום; איך האב פשוט נישט קיין צייט צו ענטפערן וכו' און דאס ביסל וואס איך ענטפער איז א קליינע פראצענט פון די בריוו וואס מען שיקט וכו'.


דערפאר, זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר נישט געענטפערט; אויב עס איז א וויכטיגע שאלה ענטפער איך בדרך כלל. אפשר איז כדאי דו זאלסט עס איבער שיקן נאכאמאל וועל איך דיר צוריק שרייבן.


אלע תשובות וואס איך שרייב וכו' איז נישט נאר פאר דעם מענטש וואס האט געפרעגט די שאלה, נאר דאס איז פאר דיר פערזענליך געשריבן, די בריוו פון "עצתו אמונה" איז געשריבן געווארן פאר אלע מיינע תלמידים. דערפאר, ווען דו לערנסט די בריוו טראכט ווי איך האב עס דיר פערזענליך געשריבן און זוך ארויס צו נעמען עצות און חיזוק פאר דיין פריוואטע לעבן.


איך האף צום אייבערשטן אז איינער פון די תלמידים וועלן צוזאמנעמען אלע מכתבים און דאס שיין אפדרוקן אז מען זאל דאס קענען לערנען און חזר'ן. און לעבן מיט די עצות וואס מיר האבן זוכה געווען צו באקומען פון הייליגן רבי'ן אויף דעם וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט דאס אין אונז אריין געלייגט.

#29 - זאל איך שיקן מיין בחור צו עקטן אויף א פלעי?
חינוך הילדים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א בחור פון 14 יאר אלט, און מיין ברודער האט מיר געבעטן אויב איך קען אים שיקן צו עקטן אויף א פלעי וואס ער מאכט.


איך וויל וויסן אויב ס'איז דא א פראבלעים מיט דעם?


יישר כח.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי, ווייל דאס וועט אים אוועק נעמען זיין קאפ פון לערנען און דאווענען.


די אלע וואס מאכן פלעיס זענען גרויסע לצים און עס איז נישט קיין פלאץ פון יראת שמים וכו'.


איינמאל א מענטש פאלט אריין אין ליצנות איז אים זייער שווער ארויס צו קריכן פון דארט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק ב', הלכה ח): "קָשָׁה הִיא הַלֵּיצָנוּת, שֶׁתְּחִלָּתָהּ יִסּוּרִין וְסוֹפָהּ כְּלָיָה", ליצנות איז אזוי שלעכט אז דאס רייסט אויס א מענטש פון דער וועלט; צי וואס פעלט דיר אויס אז דיין בחור וואס האט יעצט בר מצווה געהאט זאל זיך דרייען מיט זיי? ער וועט נישט קענען מיטהאלטן וואס מען לערנט אין ישיבה פאר לאנגע חדשים; אלע חדשים ביזן פלעי וועט ער נישט קענען דאווענען און לערנען ווייל זיין קאפ וועט אים זיין ביי די פלעי. און אפילו נאכן פלעי וועט ער שוין בלייבן פארטראכט וכו'.


עס זענען דא עלטערן וואס האבן נישט קיין כח אז די קינדער זאלן זיצן מיט זיי אין שטוב, זוכן זיי וואו זיי קענען שיקן די קינדער ביינאכט; איינער שיקט דעם קינד זיך צו לערנען שפילן אינסטרומענטן וכו', א צווייטער שיקט זיינע קינדער זיך לערנען א צווייטע זאך; אלעס וועט מען טון אבי דער קינד זאל זיך נישט דרייען מיט די עלטערן. דאס איז נישט קיין גוטע וועג, ווייל ווי מער מען פארברענגט מיט די קינדער אלץ מער וואקסן זיי אויף געזונט און שטארק ברוחניות ובגשמיות.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, אמן.

#28 - זאל מען מאכן א 'דור ישרים' טעסט?
שידוכים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א טאכטער אין שידוכים, איך וויל פרעגן וואס דער ראש ישיבה האלט וועגן מאכן 'דור ישרים' טעסט, אויב ס'איז וויכטיג בכלל.


יישר כח,


אשר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אשר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה איז נישט געווען קעגן מאכן "דור ישרים"; אויב די מחותנים פארלאנגען צו מאכן דעם טעסט קען מען עס מאכן.


איך האב מיט געהאלטן שידוכים פון תלמידי הישיבה וואס איין מחותן האט זיך גע'עקשנ'ט צו ווארטן אויף דעם דור ישרים טעסט און מוהרא"ש האט געזאגט אז אויב די מחותנים ווילן דוקא מען זאל ווארטן אויפן דור ישירים טעסט זאל מען ווארטן וכו'.


דער עיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל טרעפן גוטע שידוכים פאר די קינדער, די קינדער זאלן לעבן באהבה ושלום און זיי זאלן האבן געזונטע קינדער, ווייל וואס תפילה פועל'ט קען קיין שום זאך נישט פועל'ן.


מען זעט נעבעך אסאך אידישע קינדער וואס האבן געמאכט דעם "דור ישרים טעסט" און מיט דעם אלעם מוטשען זיי זיך מיט נישט געזונטע קינדער השם ירחם; דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן נאר גיין צום אייבערשטן, יעדע זאל וואס א מענטש דארף זאל ער בעטן אויף זיין שפראך פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - זאל איך קויפן א דירה מיט צוויי צימערן, אדער דריי?
שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


איך הער אייערע שיעורים און האב זייער הנאה פון דעם.


איך האב געוואלט פרעגן אזוי ווי איך גיי יעצט קויפן א דירה אין א וואך ארום, למעשה האב איך יעצט איין קינד, און מיין שאלה איז צי איך זאל קויפן א דירה מיט צוויי שלאף צימערן אדער מיט דריי? ווייל יעצט פאר די קומענדיגע פאר יאר איז מיר גענוג צוויי, אבער פון די צווייטע זייט וועל איך דארפן צובויען נאך א צימער שפעטער. דער חילוק איז אין די משכנתא [מארגעדש], ס'איז א חילוק פון טויזנט שקל א חודש.


ביטע אויב איר קענט מיר ענטפערן ווי שנעלער.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי אזוי קען איך דיר ענטפערן ווען איך ווייס נישט דיין מצב הפרנסה וכו'.


איך וועל דיר פארציילן וואס איך האב שטענדיג געהערט פון מוהרא"ש; ווען אינגעלייט זענען זיך געקומען שואל עצה זיין וועגן קויפן א דירה, מען האט געקרעכצט אז מען האט נישט קיין געלט וכו', פלעגט מוהרא"ש שטענדיג נאכזאגן פונעם פריערדיגן ליובאוויטשער רבי זכותו יגן עלינו, אז ווען מען האט אים געפרעגט צי מען זאל אריין שפרינגען אין קויפן וכו' פלעגט ער זאגן: "אביסל בארגט מען, אביסל זארגט מען, און דער הויז איז דיינס", ודברי פי חכם חן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שפע אז דו זאלסט קענען קויפן בריווח, מיט א גדלות המוחין; גיי ארויס פון דיין קטנות הדעת, אז פאר א קליינע דירה האסטו דאך אויך נישט, קענסטו זיך דאך אינגאנצן פארלאזן אויפן אייבערשטן; דער אייבערשטער וואס געבט דיר דעם ערשטן דאלער וועט דיר געבן נאך טויזנט שקל א חודש, און נאך מער, צו קענען קויפן א גרויסע דירה בהרחבה גדולה.

#26 - דארף מען מעביר סדרה זיין כסדרן דוקא?
שאלות

תוכן השאלה‎

בס"ד


לכבוד דער חשובער טייערער ראש ישיבה שליט"א,


ב"ה איך האב אסאך חיזוק פון אייערע טייערע ווערטער כן יעזור ה' גם הלאה, ס'איז א געוואלדיגע זכות הרבים, השי"ת זאל אייך געבן כח און געזונט אויף ווייטער אויך.


עס איז זייער גוט אז איר רעדט אזויפיל וועגן מעביר סדרה זיין, ווייל ליידער איז עס א ביסל נזנח און מ'דארף אסאך חיזוק. אצינד וויל איך פרעגן מיין שאלה, איך בין ב"ה משתדל צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה ביז שבת קודש. אבער עס קען זיך מאכן אז איך בלייב אינמיטן. איז מיין שאלה: צי דארף עס זיין כסדרן, דהיינו איך מוז קודם ענדיגן למשל פרשת ויגש און נאכדעם פרשת ויחי? אדער קען איך אנהייבן פרשת ויחי על הסדר און נאכדעם ענדיגן פרשת ויגש?


ביטע לאזט וויסן דעם תשובה, און נאכאמאל ישר כח גדול פאר אלעם.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; יעדער מענטש קען זיך אפוואשן פון זיינע שמוציגע פלעקן און ווערן זויבער אז מען לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן און מען פאלגט דעם רבינ'ס עצות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רַבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רפה) אז יעדער מענטש איז מחויב צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה צוויי מאל חומש און איין מאל תרגום, און ווער עס איז מעביר סדרה איז זוכה צו אריכות ימים ושנים; דאס איז די בעסטע סגולה צו א גוט לעבן, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד (ע' שנז)) אז מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת; אבער א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים, סימן רפ"ה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַך חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


לכתחילה דארף מען ענדיגן די סדרה שנים מקרא ואחד תרגום פאר מען גייט עסן די סעודת שבת צופרי, ווייל מיר געפינען אין חז"ל אז רבינו הקדוש האט געלאזט צוואה פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדיגן די סדרה פאר זיי גייען עסן די סעודה שבת צופרי (עיין תוספות דבור המתחיל 'ישלים', ברכות ח.). אויב מען האט נישט געענדיגט די סדרה קען מען דאס נאך משלים זיין וכו', אבער קודם דארף מען אנהייבן די סדרה פון די וואך, און נאכדעם איז מען משלים וואס מען האט פארפעלט.


אז מען הייבט אן מעביר סדרה זיין זונטאג, יעדן טאג איז מען מעביר סדרה אביסל פון די פרשה, דעמאלט ענדיגט מען דאס אין צייט; ווען עס קומט שבת האט מען שוין געענדיגט די סדרה און מען דארף נישט משלים זיין פריערדיגע פרשיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#25 - וויפיל צדקה דארף מען געבן? וואס טוט מען מ'מופט צו א נייע דירה?
שאלות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך באדאנקען דעם ראש ישיבה פאר אלע שיינע זאכן וואס מען באקומט פונעם ראש ישיבה. יעדע דרשה וואס איך הער די אלע יארן איז ממש כמים קרים על נפש עיפה, נאך יעדע שיעור מאך איך אפ אז איך וועל פרובירן נאכאמאל צו פאלגן און אפשר דאס מאל וועט עס געלונגען...


איך וואלט געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה, א) בנוגע וואס עס שטייט אז וועם דער אייבערשטער האט ליב, שיקט ער אים צו אן ארימאן צו בעטן צדקה, איז מיין שאלה צי עס גייט אויך אן אין שול? ווייל איך פרוביר צו געבן מיין גאנצע מעשר געלט און צדקה געלט פאר די ישיבה, און אין שוהל ווי איך דאווען זענען דא זייער אסאך צדקה גייערס, עס קען זיין ביי איין מנין 20-25 גייערס, וואס אויב געב איך פאר יעדן אפילו נאר אביסל, נוצט זיך אויס כמעט די גאנצע צדקה געלט.


ב) אזוי ווי מארגן גיי איך אי"ה מופן, וואלט איך געוואלט וויסן אויב ס'איז דא עפעס ספעציעלע הנהגות ווען מ'מופט?


יישר כח פאר'ן אראפ נעמען פון די טייערע צייט צו ענטפערן פאר יעדן איינעם, דער אייבישטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה כח און געזונט ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.


מ.א. בארא פארק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מ.א. נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון צדקה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "שְׁקוּלָה צְדָקָה כְּנֶגֶד כָּל הַמִּצְוֹת", די מצוה פון צדקה איז אזוי גרויס ווי אלע מצוות פון די תורה; און פארקערט אויך, אויב מען געבט נישט קיין צדקה איז עס זייער הארב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם, י.): "כָּל הַמַּעֲלִים עֵינָיו מִן הַצְּדָקָה כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", אז מען געבט נישט קיין צדקה איז עס אזוי ווי מען דינט עבודה זרה.


עס שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת וירא, קד.): ווען דער אייבערשטער האט ליב איינעם, שיקט ער אים א מתנה - אן ארעמאן; ווען א ארעמאן קומט צו דיר בעטן צדקה, זאלסטו טאנצן פאר שמחה אז דער אייבערשטער ווייזט דיר אז ער האט דיר ליב.


איך האב געהערט פון א איד וואס האט געעפענט א נייע געשעפט און ער האט גערופן מוהרא"ש זאל קלאפן מזוזות ביי אים אין געשעפט; האט ער מיר פארציילט, אז מוהרא"ש האט אים דעמאלט געזאגט די ווערטער: "זאלסט קיינמאל נישט אוועק שיקן אן ארעמאן אן אים צו געבן א נדבה; ענדערש זאלסטו געבן פאר הונדערט ארעמעלייט - פאר יעדן איינעם - איין דאללער, ווי צו געבן פאר איינעם א הונדערטער, און אוועק שיקן ניין אין ניינציג מיט ליידיגע הענט", און מוהרא"ש האט אים געזאגט: "אויב דו וועסט אכטונג געבן אויף ארעמעלייט, דו וועסט קיינמאל נישט פארשעמען אן ארימאן, אפילו ווען דו ביסט אנגעצויגן וכו', וועסטו האבן  גרויס הצלחה"; דאס זעלבע זאג איך דיר: "זאלסט ענדערש געבן פאר די געלט גייערס קלענערע סכומים, אבער זאלסט געבן פאר יעדן, ווי צו געבן פאר איינעם א גרויסע סומע און פאר אלע אנדערע גארנישט".


אויף דעם וואס דו פרעגסט אויף הנהגות ווען מען ציט זיך אריבער אין א נייע דירה וכו'; זאלסט אכטונג געבן אייביג צו געבן צדקה, און מען זאל קיינמאל נישט אוועק שיקן א איד פון שטוב אן דעם וואס מען זאל אים געבן א נדבה אדער עפעס עסן וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שיר השירים רבה ו, יז): "א טיר וואס איז נישט אפען פאר צדקה, וועט זיין אפען פארן דאקטער ה' ירחם"; ווען א איד קומט צו דיר אין שטוב פאר א נדבה, זאלסטו נעמען אלע דיינע קינדער צום טיר, און אלע קינדער זאלן געבן צדקה. מען געבט פאר יעדן קינד א דאללער, און מען לערנט זיי אויס צו געבן צדקה, אזוי איז מען זיי מחנך צו וויסן דאס גרויסקייט פון צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיך אריבער ציען געזונטערהייט אינעם נייעם דירה, און נאר מאכן דארט שמחות, אמן.


 


 

#24 - מעג מען רעדן צום אייבערשטן נאך די ברכה פון המפיל?
הלכה, תפילה והתבודדות, צדיקים, שלאפן, שאלות, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט האב איך געוואלט זיך זייער באדאנקען פאר אלע שיעורים און בריוו און גליונות וואס זענען אזוי מחזק. ווען איך שפיר זיך צעבראכן, אנטלויף איך צו די שיעורים, און דאס געבט מיר אזויפיל כח.


אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א האב זיך זוכה געווען מקורב צו ווערן צו היכל הקודש, אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, זיך מתבודד זיין, מכבד זיין מיינע עלטערן, דאווענען אסאך, זאגן תהלים, און נאך אזויפיל זאכן, און ספעציעל זיך צו קענען דערהאלטן אין שווערע צייטן ווען איך שפיר אזוי צעבראכן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב ווען מען זאגט די קריאת שמע שעל המטה של האריז"ל, אזוי ווי עס שטייט אינעם סידור פון מוהרא"ש, וואס מען זאגט דארט אויך די ברכה פון המפיל, אויב מען מעג נאכדעם זיך מתבודד זיין און רעדן צום אייבערשטן ווען מען גייט אריין אין בעט ביז מען שלאפט איין, אדער טאר מען שוין גארנישט רעדן נאך המפיל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


 ...


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אזוי גוט ווען מען איז מקורב צום צדיק, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען שפירט ווי מען איז ארומגענומען מיטן אייבערשטן, דער צדיק לערנט אונז וואס צו טון בעת צרה, מען זאל אנטלויפן צום אייבערשטן; ווען עס גייט אריבער שווערע טעג - זאל מען זיך נישט פארלירן, נאר זיך באהאלטן ביים אייבערשטן, רעדן מיט אים און שמועסן מיט אים, עס איז אזוי גוט ווען מען האט א צדיק, עס איז אזוי געשמאק מיטן הייליגן רבי'ן.


מען מעג שמועסן מיטן אייבערשטן נאך קריאת שמע און ברכת המפיל; אדרבה, דאס איז די בעסטע וועג איינצושלאפן, רעדנדיג צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט בשם רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה, אז מען שלאפט איין אינמיטן זיך מתבודד זיין - איז דאס אן אנדערע סארט שלאף, א הייליגע שלאף.


נאך האט דער גרויסער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן געזאגט, אז מען שלאפט איין אינמיטן רעדן צום אייבערשטן זאגט מען נישט "איך גיי שלאפן", נאר "איך גיי רעדן צום אייבערשטן, און אינמיטן בין איך איינגעשלאפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#23 - מעג איך פרעגן שאלות פון עי.איי. AI?
אמונה, טעלעפאן, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז דא א נייע סארט טעכנעלאגיע וואס הייסט עי.איי. AI, מען קען עס רופן און פרעגן וואס מען וויל, און עס האט אן ענטפער אויף אלעס.


איך בין 13 יאר אלט, איך האלט מיט ווי די מיידלעך אין מיין קלאס רופן עס און פרעגן עס אלע סארט זאכן און עס ענטפערט זיי, נאכדעם קומען זיי צו סקול און רעדן וועגן דעם.


איך האב געזאגט פאר מיין מאמע אז איך וויל עס אויך רופן, האט מיין מאמע געזאגט איך זאל שרייבן צו דער ראש ישיבה א בריוו וועגן דעם און פרעגן אויב דאס איז אויסגעהאלטן.


אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע ענטפערן וואלט איך מיך זייער געפריידט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חס ושלום, אפהיטן זאל דער אייבערשטער, רופט נישט די טעלעפאן און פרעגט נישט קיינעם אייערע פראגעס; אלע אייערע פראגעס זאלט איר נאר פרעגן פון אייער טאטע מאמע, אדער אייערע לערערינס, זיי וועלן אייך ענטפערן אייערע פראגעס לויט אייער עלטער, לויט אייער פארשטאנד; אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן פון שלעכטע געדאנקען.


בנוגע די חבר'טעס; חבר'ט זיך מיט ריינע ערליכע מיידלעך, נאר מיט קינדער וואס זענען ערליך, רעדן איידל.


עס איז זייער וויכטיג צו האבן גוטע חבר'טעס. די הייליגע חכמים זאגן (ספר החינוך, מצוה טז), אפילו א צדיק, אויב דרייט ער זיך צווישן רשעים - וועט ער ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי, און אויך א רשע, אויב דרייט ער זיך צווישן צדיקים - וועט ער ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי.


איך בעט אייך זייער, זוכט אויף פשוט'ע קינדער, אפילו מען רופט זיי נעבעכדיגע קינדער, אבי זיי זאלן זיין ערליך - און נאר מיט זיי חבר'ט זיך, ווייל חס ושלום אויב וועט מען פרעגן פון די טעלעפאן שאלות פון אמונה - קען מען אינגאנצן אוועקפאלן פון די אמונה.


 

#22 - וואס מיינט דאס ווארט ודו"ק?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, מוהרא"ש, שאלות, מוהרנ"ת ז"ל, פירושים, משיח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אום שבת האט מען געלערנט ביי אונז אין שול אין ספר פעולת הצדיק סימן תשכ"ט, אז דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, "די גאנצע וועלט הארעוועט פאר דיר", און אונטן אין די הערה איז מוהרא"ש דאס מסביר און ענדיגט צו "ודו"ק ודו"ק", האב איך געוואלט פרעגן וואס מיינט דאס ווארט "ודו"ק"?


נאך א זאך, ווייטער אין סימן תש"ל אין די הגהה שרייבט מוהרא"ש אויף די תורה אין ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן רפ"ב אז די תורה איז מבואר באריכות אין ספר שפת הנחל אויף די תורה, אבער פאקטיש גייט דער ספר שפת הנחל נאר ביז סימן נ"ז אין ליקוטי מוהר"ן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבה ומתיבתא היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין קראסני, איז רבי נתן געקומען צום רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "פארוואס ביסטו מרה שחורה? האסט חרטה אויף וואס דו האסט אנגעהויבן?" האט רבי נתן געזאגט: "ניין", פרעגט אים דער רבי: "נו אויב אזוי וואס ביסטו מרה שחורה?" זאגט רבי נתן: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", פרעגט אים דער רבי: "נו, וואס דארפסטו זיך זארגן?!" און דער רבי זאגט אים: "די גאנצע וועלט הארעוועט פאר דיר; דער פארט קיין ברעסלא, און דער פארט דארט, אלעס נאר פאר דיר"; מיט די ווערטער האט אים דער רבי זייער מחי' געווען. קוק נאך די גאנצע מעשה אין ספר פעולת הצדיק, אות תשכט.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, וואס האט די גאנצע וועלט מיט רבי נתן? ווייל דער הייליגער רבי נתן האט אריינגעברענגט דעם רבי'ן אין די וועלט. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "ווען נישט רבי נתן וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין שמות בלעטל"; ווען נישט רבי נתן וואלט קיינער נישט געוויסט פון רבי'ן, עס וואלט געבליבן א סוד. רבי נתן האט מיט מסירת נפש פארשפרייט דעם רבי'ן אויף די וועלט, ער האט אריינגעברענגט אין די וועלט די עצות וואס משיח צדקינו וועט מגלה זיין, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שם, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישטא קיין אונטערשייד, וואס איך זאג וועט משיח זאגן"; קומט אויס אז די גאנצע וועלט איז אלעס פאר אים.


ודו"ק איז מלשון ודייק, קלער גוט אריין וואס דא שטייט; דאס איז אן אויסדרוק וואס מען שרייבט ווען מען וויל מען זאל צולייגן קאפ צו וואס עס שטייט.


אויף די צווייטע פראגע וכו'; מוהרא"ש האט געשריבן זייער אסאך, און נישט אלעס איז שוין געדרוקט, מיר האפן און מיר בעטן דעם אייבערשטן מען זאל שוין ענדיגן אפדרוקן אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - פארוואס בין איך געבוירן געווארן אלס איד?
ספיקות, היכל הקודש, שמחה, שאלות, שולד געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר זיך אינגאנצן פארלוירן, איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש א שטיק צייט צוריק, איך פרוביר צו הערן די שיעורים און פאלגן וואס מען רעדט, עס העלפט מיר טאקע אסאך אנצוגיין אין לעבן, עס דערנענטערט מיך צום אייבערשטן, איך בין אבער נאכאלץ פול מיט שאלות און ספיקות וואס איך זוך ענטפערס אויף זיי, און דאס מאכט מיך אסאך יסורים, איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן בריוו צום ראש ישיבה שליט"א אבער איך האב דערווייל נאכנישט באקומען אן ענטפער.


איך שפיר ווי א פארלוירענער, אפשר וויל דער ראש ישיבה שליט"א מיך נישט האבן אין היכל הקודש? אדער קען זיין אז עס איז בלויז מניעות און עס איז מיין נסיון אויף וואס איך דארף זיך שטארקן? איך שפיר אבער ווי איך שטיי ביים עק פונעם שטריק און איך האלט שוין אט אט ביים אראפפאלן.


עס מאכט זיך צייטן וואס איך וויין פארוואס איך בין נישט געבוירן געווארן אלס גוי, אן די אלע אינערליכע שולד געפילן, אן די פילע ספיקות און קווענקלענישן וואס ברענען אין מיר, און איך וואלט געקענט טון אלעס וואס גלוסט מיר נאר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאנץ פאר שמחה "שלא עשני גוי", מיט דעם אליינס אז מיר זענען אידישע קינדער - איז שוין גענוג אויף צו זיין פרייליך.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק (חג השבועות, אות יג), א מורא'דיגע מעשה. דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


וואס איז געשען מיט דיר? ביסטו אריינגעפאלן אין אזא עצבות אז דו ווילסט זיין א גוי?! דו שרייבסט אז דו וויינסט דו ווילסט זיין א גוי - אזוי קען מען אלעס טון, און אלס אידיש קינד - קענסטו נישט טון וואס דו ווילסט; וואס איז מיט דיר? וואס קענסטו יעצט נישט טון אלס איד? א איד איז דאך א קינד פון אייבערשטן, מיר האבן א טאטע וואס זאגט אונז צו טון זאכן וואס איז גוט פאר אונז, דער אייבערשטר וויל נאר גוטס פאר אונז; מיר זענען נישט געשטראפט מיט דעם וואס מיר האבן די תורה, מיר זענען געבענטשט מיט די תורה.


איך וויל דיך פרעגן, ווען דיינע קינדער וויינען אז דו לאזט זיי נישט קריכן ביים פענסטער, און דו לאזט זיי נישט טון אנדערע נישט גוטע זאכן - טראכטן זיי אויך 'א שאד מיר האבן א טאטע וואס לאזט אונז נישט קריכן ביים פענסטער, און ווי גליקליך זענען די קינדער יתומים וואס קענען טון וואס זיי ווילן'? אדער ווען די קינדער ווילן בלייבן אין גאס ביינאכט און דו האסט רחמנות אויף זיי, וויינען זיי אויך אויף דעם וואס זיי קענען נישט טון וואס זיי ווילן? א מענטש מיט אביסל שכל וועט זאגן: 'טייערע קינדערלעך, ענקער טאטע האט ענק ליב, ער וויל ענק זאלן נישט ארויספאלן פון פענסטער און ענק זאלן אהיים קומען צייטליך, איר זאלט נישט אנקומען צו סכנות, וואס וויינט איר קינדערלעך...?' דאס איז נאר א שטיקל משל, א איד איז דאך א קינד פונעם אייבערשטן, מיר זענען אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, דעריבער זאגט אונז דער אייבערשטער 'טו נאר זאכן וואס וועט זיין גוט פאר דיר'.


די הייליגע חכמים זאגן אונז (תנחומא שמיני, ו) אויפן פסוק (דברים ד, ד): "'וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּה' אֱלֹקֵיכֶם', מָשָׁל לְמָה הַדָּבָר דּוֹמֶה, לְרוֹפֵא שֶׁהָלַךְ לְבַקֵּר שְׁנֵי חוֹלִים", עס איז צוגעגליכנט צו א דאקטער וואס צוויי קראנקע מענטשן זענען געקומען זיך היילן, דער דאקטער באקוקט זיי ביידע, "רָאָה אֶחָד מֵהֶם שֶׁהָיָה בְּסַכָּנָה", איינער איז אין א סכנה, ער גייט סיי ווי שטארבן, "אָמַר לִבְנֵי בֵיתוֹ" זאגט דער דאקטער פאר די משפחה: "תְּנוּ לוֹ כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ", געבט אים צו עסן אלעס וואס ער בעט, "רָאָה הָאֶחָד שֶׁעָתִיד לִחְיוֹת", און דער דאקטער זעט דער צווייטער גייט ווערן אויסגעהיילט, ער גייט לעבן, "אָמַר לָהֶם" זאגט ער פאר די משפחה: "כָּךְ וְכָךְ מַאֲכָל יֹאכַל וְכָךְ וְכָךְ לֹא יֹאכַל", געבט אים נישט צו עסן אלעס, נאר די און די עסן, "אָמְרוּ לָרוֹפֵא, מַה זֶּה", פרעגט מען דעם דאקטער וואס גייט דא פאר, "לָזֶה אַתָּה אוֹמֵר יֹאכַל כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ, וְלָאַחֵר אָמַרְתָּ לֹא יֹאכַל כָּךְ וְכָךְ", איינעם לאזט מען יא עסן אלעס און דער צווייטער מעג נישט עסן אלעס? "אָמַר לָהֶם הָרוֹפֵא", זאגט דער דאקטער: "לְזֶה שֶׁהוּא לְחַיִּים, אָמַרְתִּי לוֹ זֶה אֱכֹל וְזֶה לֹא תֹּאכַל", דער חולה גייט לעבן דארף ער זיך אכטונג געבן וואס ער עסט, "אֲבָל אוֹתוֹ שֶׁהוּא לְמִיתָה, אָמַרְתִּי לָהֶם, כָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ תְּנוּ לוֹ, שֶׁאֵינוֹ לְחַיִּים", אבער דער וואס גייט סיי ווי שטארבן - קען עסן וואס ער וויל. אזוי אויך זאגט דער אייבערשטער פאר אידישע קינדער, "יִשְׂרָאֵל שֶׁהֵם לְחַיִּים", אידישע קינדער וואס בלייבן לעבן, "אָמַר לָהֶם" זאגט דער אייבערשטער: "'וִהְיִיתֶם קְדֹשִׁים כִּי קָדוֹשׁ אָנִי', 'אַל תְּשַׁקְּצוּ אֶת נַפְשׁוֹתֵיכֶם', 'אֶת זֶה תֹּאכְלוּ', 'וְאֶת זֶה לֹא תֹּאכֵלוּ', 'לֹא תִּטַּמְּאוּ בָּהֶם וְנִטְמֵתֶם בָּם', לָמָּה", פארוואס, "שֶׁהֵם לְחַיִּים", אזוי ווי עס שטייט: "וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּה' אֱלֹקֵיכֶם, חַיִּים כֻּלְּכֶם הַיּוֹם".


ברודער שטארק זיך מיט התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א שטארקע אמונה, דו זאלסט שפירן דעם אייבערשטן. בעט נאר אויף די זאך, אויף א שטארקע אמונה; ביז דו וועסט זוכה זיין שפירן דעם אייבערשטן, ווייל דורך תפילה והתבודדות קומט מען צו אמונה.


שרייב מיר דיינע שאלות און ספיקות און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - מעג מען זאגן תהלים ביינאכט?
הלכה, תהלים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שיעורים און עס געבט מיר אסאך חיזוק.


איך וואלט זייער געוואלט וויסן אויב מען מעג זאגן תהלים ביינאכט, איך וויל זאגן תהלים אבער נישט אייביג האב איך צייט, איך קען נאר זאגן ביינאכט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פון פוסקים (אשל אברהם מהרב הקדוש מבוטשטאטש זכותו יגן עלינו, אורח חיים סימן רלח, סעיף ב) אז מען מעג זאגן תהלים ביינאכט, ווייל מען זאגט דאס דרך בקשה, איז דאס נישט אינעם כלל פון לערנען תורה שבכתב.


שטארקט זיך מיט זאגן תהלים. דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) אז זאגן תהלים ברענגט צו זייער גרויסע זאכן, עס ברענגט צו תשובה שלימה, עס ווייזט די וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן.


עס איז וויכטיג צו וויסן, ווען מען זאגט תהלים קען מען רעדן צום אייבערשטן, עס איז נישט קיין הפסק; באמת איז די גאנצע תהלים די התבודדות פון דוד המלך, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן סח), דוד המלך האט זיך נישט געקענט מתבודד זיין דורכ'ן טאג, ער איז געווען א קעניג, ער איז געווען ארומגענומען מיט זיינע באדינער און סאלדאטן; ער האט געהאט אזויפיל צרות, ווען האט ער זיך געקענט מתבודד זיין? זאגט דער רבי, ווען ער איז געגאנגען שלאפן, אין בעט האט ער גערעדט צום אייבערשטן, אונטערן דעק האט ער געוויינט צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ו, ז): "אַשְׂחֶה בְּכָל לַיְלָה מִטָּתִי", איך שמועס מיטן אייבערשטן ביינאכט אין מיין בעט, "בְּדִמְעָתִי", מיט מיינע טרערן, "עַרְשִׂי אַמְסֶה", ווערט מיין בעט נאס; איז גוט ווען מען זאגט תהלים אריינצופלעכטן אייגענע תפילות, בקשות און לויב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#19 - איז אויסגעהאלטן פאר מיידלעך איבערצושלאפן מיט חבר'טעס?
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, צניעות, קדושה, תפילה והתבודדות, ניגונים, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט גענוג ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אלעס גוטס וואס איך האב באקומען.


איך האב געוואלט וויסן, אסאך מאל מאכן מיינע קאזינס א נאכט צוזאמען (סליפ-אווער), און זיי רופן מיר אויך, האבן איך געוואלט וויסן אויב ס'איז אויסגעהאלטן איבערצושלאפן מיט חבר'טעס.


נאך א שאלה, אסאך מאל ווען איך וויל עפעס בעטן פונעם אייבערשטן איז מיר שווער עס ארויסצוזאגן מיט מיין מויל, האב איך געוואלט וויסן אויב דאס צו טראכטן אדער אראפשרייבן הייסט אויך בעטן?


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב מ'מעג הערן א שיעור אדער הערן מוזיק אינמיטן זאגן תהלים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע איבערשלאפן מיט חבר'טעס וכו'; אויב מען פירט זיך איידל און הייליג - דעמאלט אויב עס פעלט אויס קען מען גיין. עס איז נישט קיין פראבלעם אויפצוזיין א גאנצע נאכט שמועסן און פארברענגען, אבער עס מוז זיין איידל און הייליג; מען קען נישט שמועסן אין איין בעט, נישט ליגן און נישט זיצן.


ליידער לערנט מען נישט אויס מיידלעך צו זיין אפגעהיטן פון קראנקע זאכן; טייערע מיידלעך פאלן אריין אין שלעכטע זאכן אומוויסנדיג, וואס דאס וועט זיי שאטן פאר זייער לעבן. זיי ווערן נאנט מיט א חברט'ע אויף א נישט געזונטע וועג ביז זיי קענען נישט חתונה האבן, זיי קענען נישט ווערן נאנט מיט זייער מאן, מען בלייבט פארהאקט מיט די נישט גוטע נאנטשאפט וכו'.


(איך האב קיינמאל נישט געלאזט מיינע טעכטער גיין שלאפן ביי חבר'טעס).


בנוגע טראכטן אדער שרייבן וכו'; אז איר קענט נישט רעדן צום אייבערשטן זאלט איר אויף דעם אליינס בעטן, בעטס דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם איך האב א פראבלעם, איך קען נישט רעדן צו דיר; איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל קענען רעדן צו דיר און בעטן פון דיר אלעס וואס איך דארף, אלעס וואס איך וויל; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שפירן ווי דו שטייסט דא נעבן מיר און דו הערסט צו יעדע ווארט וואס איך רעד צו דיר, געב מיר א לויטערע אמונה, איך זאל דיך שפירן און דיך זען".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל, ביז איר וועט שוין נישט דארפן שרייבן בריוו פאר'ן אייבערשטן און טראכטן וכו'; וואס איר וועט דארפן - וועט איר גלייך נאר פון אים בעטן.


איר קענט הערן מוזיק אדער א שיעור בשעת איר זאגט תהלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#18 - ווי אזוי קען איך זיך אפגעוואוינען פון נעמען די פינגער אין מויל?
קינדער, תפילות אויף אידיש, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט פאר די מיידלעך, איך טרעף דארט אלע ענטפערס פאר מיינע קשיות.


איך בין שוין פערצן יאר ברוך ה', און איך לעק נאכאלץ מיין פינגער, יעדער איינער קוקט מיך אן ווי א בעבי, איך האב שוין פרובירט צו טון אלע סארט עצות, איך האב שוין אפילו געלייגט איינמאל שווארצע פעפער אויף מיין פינגער און איך האב עס נאכאלץ געלעקט, אויך בעט איך יעדן טאג דעם באשעפער, אבער איך לעק עס נאכאלץ.


איך שעם זיך זייער עס צו לעקן אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן, אויך ביינאכט קען איך נישט איינשלאפן אן דעם.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר זאגן וואס צו טון, ווייל עס שטערט מיך זייער שטארק.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע נעמען די פינגער אין מויל; איר דארפט זיך נישט שעמען פון אנדערע, אסאך מענטשן נעמען די פינגער אין מויל, עס איז נישט קיין עבירה צו נעמען די פינגער אין מויל.


אויב עס שטערט אייך זייער, איר ווילט דאס נישט טון - איז דא איין עצה: בעטן דעם אייבערשטן. בעטס דעם אייבערשטן פאר פערציג טעג אין איין צי - וועט איר זען א ישועה, איר וועט מער נישט נעמען די פינגער אין מויל; בעטס אויף אייער שפראך, בעטס די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל נישט נעמען מיין פינגער אין מויל. אייבערשטער איך האב שוין פרובירט אלע מיטלען דאס אפצושטעלן, אבער גארנישט האט מיר געהאלפן, יעצט קום איך צו דיר מיט א געבעט, העלף מיר איך זאל נישט טון די זאך".


זייט שטארק מיט תפילה והתבודדות; וואס איר דארפט, וואס איר ווילט - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער מאמע לשון - וועט איר זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#17 - מעג מען שניידן די שנויצן?
משפחה, בושה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך שניידן אביסל די שנויצן, עס שטערט מיר ביים עסן, אבער איך שעם זיך זייער פון מיין משפחה אז זיי וועלן מיר אראפקוקן אז איך שנייד עס.


דאס מאכט מיר אויך אז איך זאל זיך צוריק האלטן פון גיין באזוכן מיין פאמיליע, איך שעם זיך פון זיי, אבער פון די אנדערע זייט שטערט מיר אבער די לאנגע שנויצן.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו שניידן די שנויצן; דער באר היטב ברענגט אראפ (שלחן ערוך יורה דעה סימן קפא סעיף י, סעיף קטן ה) פונעם אריז"ל, אז ער פלעגט שניידן זיינע שנויצן כדי עס זאל אים נישט שטערן ביים עסן.


וואס גייט דיר אן וואס דיין ברודער זאגט אויף דיר? לאז יעדן איינעם טראכטן וואס מען וויל אויף דיר, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן ר): "טוֹב מְאֹד כְּשֶׁמּוֹסְרִין אֶת הַשּׁוֹטֶה לְתוֹךְ הָעוֹלָם", עס איז גוט ווען מען לאזט יעדן איינעם זאגן און טראכטן וואס זיי ווילן, דער עיקר איז מען זאל זיך נישט אליינס אפנארן, "וּמִי שֶׁנִּשְׁמָר שֶׁלֹּא לְהַטְעוֹת אֶת עַצְמוֹ, אֲזַי הוּא מַטְעֶה אֶת כָּל הָעוֹלָם", דער וואס טוט אלעס פאר'ן אייבערשטן, ער האט נישט קיין שום זייטיגע חשבונות - ביי אים פאסירט אז אלע זאגן אין אים סברות און דעות.


טו וואס איז גוט פאר דיר און דיין ווייב, לאז יעדן איינעם טראכטן אויף דיר וואס זיי ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#16 - וויפיל צייט זאל איך אוועקגעבן פאר די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה?
תפילה והתבודדות, שאלות, כוונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס איר געבט יעדן טאג, מיט אזא התחזקות וואס איך האב קיינמאל נישט געהאט אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, אזוי ווי די הלכה איז דאך אז ביי די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה מוז מען אינזין האבן, דערפאר האב איך אסאך נערווען ביי די כוונות, איך קען אמאל בלייבן שטעקן ביי די ערשטע ברכה ביז צען מינוט נאכדעם וואס מ'האט שוין געענדיגט דאווענען. וואס דארף איך טון? זאל איך ווארטן ביז איך האב די ריכטיגע כוונות? אדער קען איך גיין ווייטער אן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכ) ווען מען דאווענט זאל מען אינזין האבן בלויז די טייטש, נישט זוכן אריין צו לייגן אלע כוונות; אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב האט געזאגט: "נאך אלע מיינע כוונות און השגות וואס איך האב זוכה געווען צו וויסן און צו דערגרייכן - דאווען איך ווי א נאר, אזוי ווי א קינד אן קיין שום חכמות, איך דאווען מיט די פירוש המילות, מיט עברי טייטש".


אז מען געוואוינט זיך איין, מען האט אינזין די טייטש - שפירט מען ביים דאווענען א שטארקע געפיל; מען הייבט אן שפירן ווי מען רעדט יעצט צום אייבערשטן. דאס ברענגט א שטארקע ברען, מען הייבט אן דאווענען מיט א געשמאק.


דערפאר אז דו מוטשעסט זיך, דו קענסט נישט אינזין האבן דאס דאווענען - זאלסטו אפלאזן אלע זייטיגע זאכן, זאלסט דאווענען פשוט אזוי ווי א קינד דאווענט. דו טראכט נאר פון די פירוש המילות - וועט דיר דאס זיין זייער גרינג, ווען דו זאגסט "בָּרוּךְ אַתָּה ה'", טראכט די טייטש: געלויבט ביסטו אייבערשטער, "אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ", אונזער באשעפער און דער באשעפער פון אונזערע עלטערן, "אֱלֹקֵי אַבְרָהָם", דער באשעפער פון אברהם אבינו, און אזוי ווייטער.


דאווען פשוט עברי מיט טייטש, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען פרעגן ווי אזוי ער זאל אינזין האבן ווען ער זאגט ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תיד): "וּמַה חָסֵר לְּךָ כִּפְשׁוּטוֹ", וואס איז שלעכט אינזין צו האבן 'גאט'? אז מען זאגט ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, פון דעם אליינס דארף שוין ציטערן דער גאנצער מענטש.


אויב דו וועסט דאווענען אויף דעם וועג, בתמימות ובפשיטות; דו וועסט נישט זוכן כוונות מיט שמות וכו' וכו', דו וועסט טראכטן פון די פירוש המילות - וועסטו דאווענען מיט א זיסקייט, מיט געשמאק; דו וועסט נישט האבן די פראבלעם פון שטיין ביי די ווערטער וכו', עס וועט זיך דאווענען געשמאק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - מעג איך האבן ווי כאילו א בילד פון באשעפער ביי מיר אין קאפ?
אמונה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים און חיזוק, דאס פירט מיר צום ריכטיגן וועגן אין שלום בית, פרנסה, און נאך פיל. די שיעורים זענען ממש כמים קרים על נפש עיפה.


פון קינדווייז אן האב איך ביי מיר אין קאפ א געוויסער בילד ווי כאילו דער אייבערשטער זעט אויס אזוי. איך בין אלעמאל געווען באקוועם דערמיט, עס העלפט מיר ביים דאווענען וכדומה, און דאס איז מיר לכאורה אריינגעקומען אין קאפ פון קינדערישע דמיונות אדער פון ביכלעך צו קאלירן.


מיין שאלה איז אויב דאס איז עפעס וואס איך טאר נישט טראכטן. דארף איך דאס ארויסהאקן פון קאפ? אדער אפשר איז דאס גאר א מעלה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש (פרשת נשא, דף קכז עמוד ב; ועוד) אז יעדעס מאל ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי האט אנגעהויבן לערנען מיט די הייליגע חבריא קבלה האט ער צו ערשט אנגעפאנגען מיטן פסוק (דברים כז, טו): "אָרוּר הָאִישׁ אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה פֶסֶל וּמַסֵּכָה", פארשאלטן זאל זיין דער וואס מאכט א געשטאלט פונעם אייבערשטן; דער אייבערשטער איז נישט קיין געשטאלט, ער האט נישט קיין שום שייכות מיט אן אויסזען און מען קען אים נישט אויסמאלן, מען דארף גלייבן אז דער אייבערשטער איז איבעראל און עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער אים.


געוואוין זיך צו כסדר צו חזר'ן די אני מאמין'ס וואס איז די יסוד פון די הייליגע אמונה; ביי אונז פירט מען זיך יעדן אינדערפרי גלייך נאך ברכת התורה צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס, אזוי הייבט מען אן דעם טאג מיט אמונה. דעריבער זאלסטו זיך צוגעוואוינען יעדן אינדערפרי צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס, בפרט זאלסטו אסאך חזר'ן די דריטע אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אֵינוֹ גוּף, וְלֹא יַשִּׂיגוּהוּ מַשִּׂיגֵי הַגּוּף וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל", זאג עס אין אידיש: "איך גלייב אז דער אייבערשטער איז נישט קיין געשטאלט, עס עקזעסטירט נישט ביי אים די מציאות פון א געשטאלט און מען קען אים נישט אפמאלן"; אז דו וועסט דאס אסאך חזר'ן וועסטו זוכה זיין צו האבן א ריינע אמונה.


געוואוין זיך צו צו קוקן אויפן הימל ווען דער הימל איז לויטער, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן יד): "כְּשֶׁתִּסְתַּכֵּל בַּשָּׁמַיִם כְּשֶׁהֵם זַכִּים וּבְהִירִים תִּזְכֶּה לֶאֱמוּנַת חֲכָמִים", עס איז א סגולה צו האבן אמונה אז מען קוקט אויפן הימל.


אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן אסאך צום אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו האבן א קלארע אמונה אן קיין דמיונות.

#14 - ווי אזוי מעג א חתן רעדן מיט זיין כלה?
שידוכים, חתונה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך מודיע זיין פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך בין ב"ה א חתן געווארן למזל טוב, און איך מוז דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אז נאר דורך די שיעורים און דרשות האב איך זיך געקענט דערהאלטן, דער ראש ישיבה האט מיר אויסגעלערנט צו זיין א איד, ווען דער יצר הרע רעדט מיר צו צו שלעכטס, שפיר איך ווי דער ראש ישיבה שטייט נעבן מיר און ווארנט מיר אז ס'לוינט זיך אים נישט צו פאלגן...


פון די שיעורים האב איך זיך אויסגעלערנט ווי אזוי מ'דארף זיך גרייטן צו די חתונה, וואס ס'מיינט געבן גוטע ווערטער פאר א צווייטן, ובפרט פאר א ווייב. יעצט איז מיין שאלה אזוי ווי ביי אונז פירט מען זיך אז דער חתן רעדט מיט די כלה איינמאל א וואך, צי מעג דער חתן געבן גוטע שיינע ווערטער פאר די כלה, אדער דאס איז דוקא נאר פאר נאך די חתונה?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעס גוטס.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן זאב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו שפירסט ווען דער יצר הרע רעדט דיר איין צו טון שלעכטס ווי איינער שטייט נעבן דיר און ווארנט דיר וכו'; דאס איז זייער א גוטע הנהגה, אזוי זאגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו (צעטל קטן, אות יב): "יְצַיֵּיר בְּמַחְשַׁבְתּוֹ תָּמִיד וכו' כְּאִלוּ אִישׁ אֶחָד עוֹמֵד סָמוּךְ לוֹ וּמְעוֹרֵר אוֹתוֹ בְּקוֹל רַעַשׁ גָדוֹל לְקַיֵּים כָּל הַנְהָגוֹת אֵלוּ וכו'", א מענטש זאל זיך שטענדיג אויס משל'ן ווי איינער שטייט נעבן אים און איז אים מחזק ער זאל נישט פאלגן דעם יצר הרע, "וּכְּשֶׁיַרְגִיל עַצְמוֹ כַּךְ, אֲזַי בְּמֶשֶׁךְ הַזְמַן יָבֹא עָלָיו הִתְעוֹרְרוֹת גָדוֹל מִצַד נִשְׁמָתוֹ רִשְׁפֵי אֵשׁ שַׁלְהֶבֶת יָ"הּ", אויב וועט ער אזוי טון וועט אים מיט די צייט ווערן גרינגער צו דינען דעם אייבערשטן.


בענין ווי אזוי צו רעדן מיט די כלה וכו'; מען דארף אכטונג געבן צו רעדן נאר פאזעטיוו, קיינמאל זיך נישט אוועק מאכן און זיכער נישט דערציילן קיין שלעכטע מעשים מיט וואס מען איז דורך געפאלן חס ושלום.


שלמה המלך זאגט (משלי יז, כח): "גַּם אֱוִיל מַחֲרִישׁ חָכָם יֵחָשֵׁב", אפילו א נארישער מענטש - אויב שווייגט ער וועט מען אים אנקוקן ווי א קלוגער מענטש; רעדן איז זייער א גוטע זאך אבער מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן. דער עיקר דארף מען רעדן נאר פאזעטיוו; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, אזוי וועט זי דיר ארויף קוקן און וועלן בויען מיט דיר א שיינע שטוב.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ה): "אַל תַּרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה", מען זאל נישט פארמערן צו רעדן מיט די אייגענע ווייב; שטעלט זיך א קשיא, מיט וועם דען זאל מען רעדן אז נישט מיט די ווייב? זאגט מוהרא"ש (עיין ברטנורא שם), אז דער פשט איז מען זאל נישט דערציילן פאר די ווייב קיין שוואכקייטן און קיין שום נעגעטיווע זאכן פון זיך, ווייל ווען די ווייב הערט אז דער מאן איז נישט בסדר אין אידישקייט, אדער זי הערט סתם זיינע שוואכקייטן, הייבט זי אן מזלזל זיין אין אים און דאס ברענגט נאכדעם מחלוקת. דערפאר זאלסטו זיך נישט זעלבסט אראפקלאפן און איר אויך נישט אראפקלאפ מיט איר משפחה; פארגין צו געבן גוטע ווערטער, מען טאר נישט זיין קיין קמצן ווען עס קומט צו געבן גוטע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל און זוכה זיין צו ליכטיגע אידישע דורות, אמן.

#13 - מעג איך גיין אין מקוה, אויב האב איך 'מורסע'?
רפואה, שאלות, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר די אלע שיינע שיעורים און חיזוק ווערטער און דרשות, דער אייבישטער זאל אייך געבן די כח ווייטער צו אנגיין געזונטערהייט.


איך האב אסאך געהערט פון אייך איבער די גרויסקייט פון גיין אין מקוה יעדן טאג, אז דאס איז א גרויסע תיקון פאר די נשמה, און איך פלעג טאקע זייער מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג.


די לעצטע פאר חדשים האב איך זיך באקומען די מורסע אינפעקשאן, און לויט מיין דאקטער איז מקוה די ערגסטע זאך פאר דעם, און אויך זאגט ער אז אנדערע קענען עס איבערכאפען אויב איך גיי. וויל איך פרעגן אויב איז דא עפעס וואס קען ערזעצן א מקוה, אדער זאל איך זיך בכלל נישט וויסענדיג מאכן אויף וואס דער דאקטער זאגט און זיך פארלאז'ן אויפ'ן בעל שם טוב הקדוש וואס זאגט אז איין טבילה וועט קיינמאל נישט שאטן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום צו גיין אין מקוה ווען מען האט מורסע; מען קען גורם זיין אז אלע וואס טובל'ן זיך זאלן באקומען די מחלה לא עלינו.


אמת טאקע אז דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קכג): "מִקְוָה אֵינָהּ מַזֶקֶת כְּלָל, וְהַדָאקְטֶער שֶׁיֹּאמַר לוֹ שֶׁמִקְוָה מַזֶקֶת, אֵינוֹ דָאקְטֶער כְּלָל", מקוה שאדט נישט פארן מענטש, און אז א דאקטער זאגט אז מקוה שאדט איז דער דאקטער נישט קיין דאקטער, אדרבה, מקוה איז זייער געזונט און וויכטיג פארן געזונט פונעם מענטש, ווייל דער מענטש האט פול מיט קליינע לעכערלעך אין זיין גוף וואס פון דארט קומט ארויס די שווייס פונעם מענטש, די לעכערלעך דארפן זיין אפן און דורך די מקוה ווערט דאס געעפנט, אזוי ווערט דער מענטש געזונט; אבער אז דער מענטש האט א מחלה וואס אויב ער וועט גיין אין מקוה וועט זיך אריין כאפן די מחלה אין די וואסער דעמאלט טאר מען נישט גיין אין מקוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א רפואה שלימה; ביז דערווייל זאלסטו יוצא זיין מיט תשעה קבין. ווען א מענטש איז אונטערוועגנס וואו ער האט נישט קיין מקוה, אדער ער איז נישט געזונט לא עלינו וכו', דעמאלט קען ער נעמען א שויער און לאזן רינען די וואסער פאר בערך פינף מינוט, מיט דעם זיך מטהר זיין.


פארשטייט זיך אז דאס איז נאר פאר א מאן און אויך נאר בשעת הדחק.

#12 - ווען האט דער רבי זיך אויסגעדרוקט "גאט איז תמיד גוט"?
חסידות ברסלב, אמונה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין ספר הקדוש "אשר בנחל" אז דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, "גאט איז תמיד גוט". איך האב געוואלט פרעגן וואס איז געווען די מעשה מיט די שיחה, ווען און פארוואס האט דער רבי דאס געזאגט.


א גרויסן יישר כח, דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש ברענגט אן א שיעור מאל די שיחה וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנב): "אָמַר: הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ טוֹב תָּמִיד [גָּאט אִיז תָּמִיד גוּט], אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים קמה, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם און האט רחמנות אויף אלעמען.


מוהרא"ש איז דאס מסביר (אשר בנחל, מכתב ז' אלפים תשנה) אז לכאורה דארף מען פארשטיין וואס קומט דער רבי דא מחדש זיין, עס שטייט דאך אזוי אין פסוק?! נאר ווען א מענטש גייט אריבער שוועריקייטן גייט ער אריין אין א קטנות המוחין, ער הייבט אן טראכטן אז יעצט איז דער אייבערשטער ברוגז אויף אים וכו' ווייל ער האט געזינדיגט חס ושלום וכו', אויף דעם קומט דער רבי און זאגט: "גאט איז 'תמיד' גוט", עס איז נישט דא אזא זאך אז דער אייבערשטער איז ברוגז וכו'.


לגבי דיין שאלה ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה; מוהרא"ש פארציילט (אשר בנחל חלק כט, מכתב ד' אלפים תשו) אז א איד האט זיך אמאל אויסגערעדט פארן רבי'ן אויף זיין שווערע לעבן, ער האט געהאט אסאך טענות אויפן אייבערשטן, האט אים דער רבי דעמאלט געזאגט די שיחה: "גָּאט אִיז תָּמִיד גוּט", און מיט די פאר ווערטער האט אים דער רבי אוועק גענומען אלע זיינע קשיות.


דער עיקר דארפן מיר זיך מחזק זיין אין אלע אומשטענדן, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן. דאס איז געווען די שיינקייט און דאס גרויסקייט פון מוהרא"ש; אפילו ער האט געהאט א שווערע לעבן, ער האט נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין זיין לעבן, אזוי ווי ער שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יד): "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם - בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל", איך האב נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין מיין לעבן, אן קיין גוזמא, "וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם", איך פלעג וויינען יעדן טאג פון מיין לעבן "מֵרֹב צַעַר וְעַגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", פון די יסורים וואס איז אויף מיר אריבער - סיי פון אינדרויסן און סיי פון שטוב; מיט דעם אלעם האט מען דאס נישט געקענט אנזען אויף מוהרא"ש. אדרבה, מוהרא"ש איז שטענדיג געווען מלא שמחה, שטענדיג מיט א שמייכל און יעדן איינעם פרייליך געמאכט, מוהרא"ש האט געלעבט מיט דעם שיחה פון הייליגן רבי'ן: "גָּאט אִיז תָּמִיד גוּט".


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן גיין אין זיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#11 - דארף א פרוי אפשערן די האר, אדער איז דאס נאר א חומרה?
שאלות, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק און שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין.


איך בין א פשוטער אינגערמאן, איך האב באקומען פשוטע חתן שיעורים אן קיין חומרות, מיט דעם אלעם האב אלץ פרובירט צו זיין א מחמיר מיינענדיג אז דאס איז די ריכטיגע וועג צו גיין, שפעטער האב איך אבער געזען אין די בריוו אין "עצתו אמונה" אז צו זוכן חומרות איז אן עצה פונעם יצר הרע אוועקצושלעפן א איד פונעם אייבערשטן, האב איך אויפגעהערט מיט די חומרות.


למעשה האב איך אבער אויך געליינט דארט די הארבקייט און וויכטיגקייט אז א פרוי זאל זיך שערן די האר, איך האב אלץ געמיינט אז דאס איז אויך נאר א חומרה, און יעצט אז איך זע אז איר זאגט מ'זאל יא מחמיר זיין אויף דעם, ווייס איך שוין נישט וואס איז א חומרה און וואס נישט, וואס דארף מען יא טון און וואס נישט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מסביר זיין דער חילוק.


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב איך זאל פרובירן צוצורעדן מיין ווייב זי זאל זיך טאקע אפשערן די האר.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


שלום

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלום נרו יאיר.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבינ'ס עצות. דער רבי לערנט אונז מיר זאלן זיך פירן מיט די תורה און נישט צו לייגן חומרות וכו', בפרט ווען עס קומט צו דברים שבינו לבינה וכו' דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו לעבן מיט חומרות, נאר ווען מען מעג וכו' מען מעג אלעס, און ווען מען טאר נישט וכו' טאר מען נישט.


דעם כלל דארף מען שטענדיג געדענקען: מען טאר זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ פון קיינעם נישט, ווייל דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות נדרים, הלכה ג) אויפן פסוק (קהלת ז, טז; יז): "אַל תְּהִי צַדִּיק הַרְבֵּה" וגו', אַל תִּרְשַׁע הַרְבֵּה" וגו', איינס איז אנגעהאנגען אינעם צווייטן, א מענטש וויל זיין א צדיק מער וויפיל מען דארף, און ווען ער זעט אז עס גייט אים נישט ווערט ער זייער א גרויסער רשע וכו' וכו'.


דערפאר האט אונז דער רבי זייער מזהיר געווען מיר זאלן זיך פירן אן קיין חומרות יתירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן.


בנוגע אז א פרוי זאל זיך שערן די האר וכו'; פארוואס זאגסטו אז זיך אפשערן די האר איז א חומרא, בשעת וואס דער הייליגער זוהר שעלט - פשוט כמשמעו מיט א קללה - א פרוי וואס גייט מיט די אייגענע האר און מען זעט דאס ארויס?! דער זוהר זאגט אז אין דעם שטוב וועט הערשן עניות און דחקות, פון דעם שטוב וועט שוין קיין גוטע קינדער נישט ארויסקומען, אין דעם שטוב וועט נישט זיין קיין ברכה וכו' וכו' קוק דעם לשון וואס דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכ"ה ע"ב): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיך געפונען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי זיך אפשערן"; עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


פרעג זיך נאך ביי די אידן פונעם פריערדיגן דור וואס געדענקען נאך די בכיות וואס דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט וויינען און זיך בעטן ביי די פרויען בשעת די 'כל נדרי דרשה' אז מען זאל אכטונג געבן אויף צניעות, בפרט אז די פרויען זאלן אכטונג געבן נישט איבער צו לאזן איר אייגענע האר.


וואויל איז פאר די פרוי וואס פירט זיך בצניעות און זי שערט זיך אפ די האר וכו' וואס דאס איז א יסוד היסודות אין אידישקיט און אין צניעות פאר א פרוי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#10 - ווי אזוי קענט איר זאגן אז מ'טאר זיך נישט אויסרעדן פאר א חבר?
תפילה והתבודדות, צדיקים, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אייערע דרשות און חיזוק מיט וואס איך בין זיך זייער מחיה, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין.


איך האב געהערט אסאך מאל ביי אייערע דרשות, ווי אויך געליינט אין די בריוו, אז א מענטש זאל קיינמאל נישט דערציילן פאר א חבר און פאר קיינעם נישט זיינע עבירות און שוואכקייטן אין אידישקייט, ער זאל עס נאר דערציילן פאר אייבערשטן אליין.


דאס זעט מיר אבער אויס צו זיין א סתירה צו דעם וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטל קטן (סעיף י"ג) אז מ'זאל יא נעמען א באגלייבטער חבר און אים דערציילן אלע שלעכטע זאכן וואס ער טראכט. וזה לשון קדשו, "לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל המחשבות והרהורים רעים אשר הם נגד תורתינו הקדושה אשר היצר הרע מעלה אותן על מוחו ולבו, הן בשעת תורה ותפילה, הן בשכבו על מטתו, והן באמצע היום, ולא יעלים שום דבר מחמת הבושה, ונמצא על ידי סיפור הדברים שמוציא מכח אל הפועל, משבר את כח היצר הרע שלא יוכל להתגבר עליו כל כך בפעם אחרת, חוץ עצה הטובה אשר יוכל לקבל מחבירו שהוא דרך השם, והוא סגולה נפלאה".


איך האף אז איר וועט מיר דאס פארענטפערן, ווייל דאס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן.


יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו פארפלאנטערט ווערן מיט די פלאנטער וואס רופט זיך "חברים", און מען דארף שטענדיג געדענקען אז 'א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, נאר דעם אייבערשטן'; אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות ט): "זִכְרוּ הֵיטִיב וּתְיַישְּׁבוּ עַצְמְכֶם וְאָז תִּרְאוּ כִּי שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם, וְהַכֹּל הֶבֶל הֲבָלִים", געדענקט גוט און נעמט דאס גוט אריין אין אייער קאפ, אז איר האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, "אַף אֱחָד לֹא יָכוֹל לַעֲזוֹר לָכֶם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַזִּיק לָכֶם", קיינער קען אייך נישט העלפן און זיכער נישט שלעכטס טון, "וְעַל כֵּן אַל תִּירָאוּ וְאַל תֵּחַתּוּ מִשּׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאַל תַּחֲנִיפוּ אֶת שׁוּם בִּרְיָה, כִּי לֹא יוֹעִיל כְּלָל, אֶלָּא עוֹד יַזִיק לָכֶם בִּבְרִיאוּתְכֶם", דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און איר זאלט זיך נישט חנפ'נען קיינעם, ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן, פארקערט דאס וועט אייך שאטן צום געזונט, "כִּי כְּשֶׁאָדָם שָׂם בִּטְחוֹנוֹ בְּבָשָׂר וָדָם, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁאֵינוֹ נַעֲשָׂה כִּרְצוֹנוֹ אֲזַי בָּא לִידֵי אַכְזָבוֹת גְּדוֹלוֹת עַד מְּאֹד, וְנִשְׁבָּר לְגַמְרֵי, וְנוֹפֵל רוּחוֹ, וְנֶחֱלַשׁ דַּעְתּוֹ", ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן און דערנאך זעט מען אז יענער איז נישט אינטערעסירט דיר צו העלפן און ער קען דיר נישט העלפן, דאן ווערט מען זייער אנטוישט און זייער צעבראכן, "אֲבָל בָּזֶה שֶׁמַּכְנִיסִים אֶת עַצְמוֹ לְגַמְרֵי בֶּאֱמוּנָה פְּשׁוּטָה בּוֹ יִתְבָּרַךְ, אָז מַצְלִיחִים בְּכָל הָעִנְיָנִים, כִּי אֵינוֹ חוֹנֵף לְשׁוּם בִּרְיָה, וְכֵן אֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם בִּרְיָה, וְחַי אֶת הַחַיִּים שֶׁלּוֹ", אבער אז מען גלייבט אינעם אייבערשטער און מען פארלאזט זיך אויף אים - איז מען זייער מצליח, עיין שם.


דאס האט מוהרא"ש גע'חזר'ט מיט אונז זיין גאנץ לעבן, אז מיר זאלן זיך אריין נעמען אין קאפ אז מיר האבן קיינעם נישט אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן.


דאס וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן יג): "לְסַפֵּר בְּכָל פַּעַם לִפְנֵי הַמוֹרֶה לוֹ דֶרֶךְ הַשֵׁם, וַאֲפִילוּ לִפְנֵי חָבֵר נֶאֱמָן - כָּל הַמַחְשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים אֲשֶׁר הֵם נֶגֶד תּוֹרָתֵינוּ הַקְדוֹשָׁה וכו'", מען זאל דערציילן פאר א רבי אדער פאר א באגלייבטער חבר אלע שלעכטע מחשבות וואס איז אנטקעגן די תורה, און נעמען פון אים אן עצה וכו' - דאס איז נישט קיין סתירה צו דאס וואס מוהרא"ש פלעגט אונז מזהיר זיין אז מיר זאלן נישט דערציילן פאר קיינעם וואס מען האט געטון וכו', דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע מיינט א 'חבר', אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (בפירוש המשניות מסכת דמאי ב, ג): "'חָבֵר' - נִקְרָא תַּלְמִיד חָכָם, וְכֵן יִקְרְאוּ לְתַלְמִידֵי חֲכָמִים 'חֲבֵרִים'", אין משניות און אין גמרא רופט מען אן א תלמיד חכם מיטן נאמען 'חבר' און תלמידי חכמים – 'חברים', פארוואס רופט מען זיי אן מיטן נאמען 'חברים'? "כִּי חֶבְרָתָם זֶה לָזֶה חֶבְרָה נֶאֱמָנָה, כִּי הִיא חֶבְרָה לְשֵׁם שָׁמַיִם", דוקא א תלמיד חכם אן ערליכער איד איז א ריכטיגער חבר נאמן, אבער סתם מענטשן זענען נישט קיין חברים; אן ערליכער איד וועט דיר העלפן מיט עצות, ער וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך צוריקערן צום אייבערשטן, אבער פון סתם מענטשן דארף מען זיך זייער היטן.


די בעסטע זאך איז מען זאל דערציילן אלעס וואס מען האט געטון פארן אייבערשטן, אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, בשוגג אדער במזיד; ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך צו מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


אבער אין א פאל וואס א מענטש שפירט אז ער דארף צו איינעם רעדן, צוליב דעם וואס ער גייט אריבער שווערע צייטן; ער האט אין זיך שולד געפילן פון שלעכטע מעשים וכו' און ער שפירט ווי ער מוז דאס פאר איינעם דערציילן, זאל ער זוכן דוקא אן ערליכער איד, איינער וואס איז דבוק צום אייבערשטן און צו די תורה, און פון אים נעמען אן עצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#9 - זאל איך קויפן א דירה?
פרנסה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך שואל עצה געווען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א איבער קויפן א דירה, דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט איך זאל קויפן, למעשה איז אבער מיין פרנסה איז נישט עפעס אזוי גוט, איך מוטשע זיך אסאך, זאל איך טאקע אריינטאנצן אין חובות צו קויפן א דירה, אפילו איך ווייס נישט ווי אזוי איך וועל עס קענען באצאלן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, אויב א מענטש האט א רצון קען ער זייער שיין מצליח זיין, ווייל אלעס ווענדט זיך אין די ווילן פונעם מענטש. "רצון ברעכט אייזן"; וואס א מענטש וויל מיט א שטארקייט וועט ער באקומען - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


מיר זאגן דריי מאל א טאג ביים דאווענען (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ וּמַשְׂבִּיעַ לְכָל חַי רָצוֹן", דער אייבערשטער עפענט זיינע הענט און געבט פאר אלעמען א רצון; לכאורה, ווי קומט דא אריין רצון? מיר דארפן דאך עסן, עס וואלט ענדערש געדארפט שטיין: "פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ, וּמַשְׂבִּיעַ לְכָל חַי 'מָזוֹן'"... ענטפערט מוהרא"ש, אז דערפאר שטייט "רָצוֹן", ווייל אויב א מענטש האט א רצון וועט אים דער אייבערשטער העלפן מיט וואס ער דארף; ער וועט האבן 'מָזוֹן' און אלעס וואס ער וויל, ווייל אלעס ווענדט זיך אין די ווילן.


זע צו לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו האבן אן אייגענע דירה. מוהרא"ש זאגט אז ב'בלי, י'רושלמי, ת'וספתא איז די ראשי תיבות 'בי"ת'; אז מען לערנט יעדן טאג די דריי לימודים בויט מען זיך א בית נצחי אויף יענע וועלט, אזוי אויך איז דאס מסוגל צו האבן א דירה דא בזה העולם.


שטארק דיר מיט אמונה אינעם אייבערשטן און נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיין לעבן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג.): "כָּל הַמְשַׁתֵּף שֵׁם שָׁמַיִם בְּצַעֲרוֹ",  ווער עס נעמט אריין דעם אייבערשטן כביכול אין זיין צרה, ער דערציילט פארן אייבערשטן זיינע צרות און ער בעט דעם אייבערשטן אויף זיין שפראך ער זאל אים העלפן, "כּוֹפְלִין לוֹ פַּרְנָסָתוֹ", דאפעלט מען אים זיין פרנסה; דערפאר, אז דו וועסט זיך מחזק זיין מיט אמונה, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן מיט פרנסה און דו וועסט זיך פארלאזן אינגאנצן אויף אים, וועסטו זוכה זיין צו האבן פרנסה בשפע און א אייגענע הויז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - אז איך באקום געלט פון כולל, הייסט דאס אז איך ליג אין תאוות ממון?
לימוד התורה, פרנסה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער אינגערמאן, באלד ענדיגט זיך מיין שנה ראשונה, און איך לערן אין א כולל הלכה, און איך מוטשע זיך מיט מחשבות אויב איך טו ריכטיג, ווייל איך ווייס אז ביים הייליגן רבי'ן איז דער תאווה צו געלט געווען פון די ערגסטע זאכן, און ווען איך לערן אין כולל שפיר איך אז אלעס דרייט זיך נאר ארום געלט, דאס קומען צייטליך, די בחינות, לערנען רציפות, און אזוי ווייטער. הייסט דאס אז איך ליג אין תאוות ממון?


פון די אנדערע זייט וויל איך למעשה לערנען תורה ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, נישט סתם פאר ביזנעס חס ושלום. אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר אויסקלארן ווי אזוי איך דארף באטראכטן די זאך.


א גרויסן יישר כח, שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה און דו לערנסט שלחן ערוך אויף הלכה למעשה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): אויפן פסוק (תהילים פז, ב): "אֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב", דער אייבערשטער האט ליב ווען מען לערנט הלכה מער ווי אלע אנדערע לימודים, ווייל "מִיּוֹם שֶׁחָרַב בֵּית הַמִּקְדָּשׁ, אֵין לוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּעוֹלָמוֹ, אֶלָּא אַרְבַּע אַמּוֹת שֶׁל הֲלָכָה בִּלְבַד", פון ווען מיר האבן פארלוירן דעם בית המקדש - דעם אייבערשטנ'ס הויז, וואוינט דער אייבערשטער דארט וואו מען לערנט הלכה; דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג הלכה (עיין שיחות הר"ן, סימן כט); וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו לערנען רוב צייט פון דיין טאג הלכה למעשה.


אז מען קומט צייטליך אין כולל, מען נעמט די בחינות און מען לערנט שעות רצופות - דאס מיינט נישט תאוות ממון, דאס מיינט אז מען איז א בעל אחריות. א אינגערמאן ווען ער האט חתונה שרייבט ער אונטער אין די כתובה: "וַאֲנָא אֵזוֹן וַאֲפַלַח וְאוֹקִיר וַאֲפַרְנֵס יָתֵייכִי כְּהִלְכוֹת גּוּבְרִין יְהוּדָאִין", איך נעם זיך אונטער צו ברענגען פרנסה; ווען דו האסט חתונה געהאט האסטו זיך מתחייב געווען צו ברענגען פרנסה פאר דיין ווייב, אז דו קענסט דאס באווייזן ווען דו לערנסט אין כולל - וואויל פאר דיר.


געדענק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", די גאנצע עשירות וואס א מענטש האט - איז פון זיין ווייב; אויב מען איז מכבד די ווייב, מען פירט זיך אויף אין שטוב אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען רעדט איידל און שיין, דורכדעם איז מען זוכה צו האבן עשירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - קענען פרויען אויך זאגן תיקון חצות?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב פרויען זאגן אויך תיקון חצות, און אויב זיי קענען אויך באקומען די גרויסע ישועות דורך דעם, אזוי ווי די מענער.


יישר כח פאר אלעס.


יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד יודל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט פשט אין דעם מאמר חז"ל (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם, תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", א מאס פון צען קב 'שמועסן' איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, ניין קב האבן גענומען די פרויען, און איין קב איז צעטיילט געווארן פאר די גאנצע וועלט; סתם מענטשן נוצן דאס אראפ צו קלאפן פרויען און צו אפשפעטן פון זיי, ווי צו זאגן אז פרויען רעדן אסאך וכו', אבער מוהרא"ש פלעגט מחזק זיין די פרויען מיט דעם, ער פלעגט זאגן ביי די דרשות פאר פרויען: "פון דעם חז"ל זעט מען אז א פרוי קען מער מתפלל זיין צום אייבערשטן ווי א מאן, ווייל זיי האבן גענומען ניין קב שיחה און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כו:): "אֵין שִׂיחָה אֶלָּא תְּפִילָה", שיחה איז א לשון פון תפילה; מען שמועסט זיך אויס מיטן אייבערשטן. דעריבער זאל א פרוי נוצן איר מאס רייד צו רעדן צום אייבערשטן".


א פרוי איז פטור פון דאווענען שחרית מנחה מעריב. א פרוי איז נאר מחויב צו זאגן אינדערפרי ברכות השחר און זי דארף אכטונג געבן צו בענטשן ברכת המזון אין א סידור, ליינען קריאת שמע שעל המיטה פארן גיין שלאפן און זיך מתבודד זיין צום הייליגן באשעפער, וואס אן דעם איז נישט דא קיין לעבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): אויפן פסוק (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי", אז די גאנצע לעבן פונעם מענטש דארף זיין תפילה; אבער א פרוי וואס האט נישט קיין ווירטשאפט אין שטוב וכו', אויב זי וויל דאווענען בתורת נדבה קען זי דאווענען אלע תפילות און דאס זעלבע איז מיט תיקון חצות.


דער עיקר וואס א אידישע מאמע דארף - איז זיך אפגעבן מיט די קינדער; זיצן מיט די קינדער אין שטוב, זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים ווי זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש. קינדער וואס הערן פון די עלטערן מעשיות פון צדיקים וועלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


הער א ווארט וואס דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט: "עס איז מיר חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות צו זאגן תיקון חצות דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, און ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים פון חדר, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין; ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, זיי מחנך זיין אנצוגרייטן נעגל וואסער וכדומה, וואס אזא חינוך בלייבט אויף אייביג. א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן. דאס דארפן מיר שטענדיג האלטן פאר אונזערע אויגן: 'שטענדיג רעדן צו די קינדער פון דאס גרויסקייט פון צדיקים און צדקניות'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - זאל איך מאכן מיין ווייב טוישן פון א שייטל צו א טיכל?
שלום בית, צניעות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די ראש ישיבה פאר אלע עצות און לימודים וואס ברענגט אונז זייער א שיינע לעבן.


לעצטנס איז נאכאמאל נתעורר געווארן א שאלה וועגן שייטלעך, בעיקר ביי די יומען אבער אויך ביי די סינטעטישע, און מיר האבן דאס געוואלט איבערשמועסן מיט'ן ראש ישיבה.


מיין ווייב גייט מיט א שייטל, און מיר האט זייער געשטערט אז ס'איז דא שאלות אויף דעם, איך האב אבער נישט געוואלט מוטשען מיין ווייב דערוועגן. ווען זי האט מיר אבער געפרעגט וואס איך האלט דערוועגן, האב איך איר געזאגט דעם אמת אז כאטש וואס איך ווייס נישט פונקטליך די הלכה, בין איך אבער מוותר אויף די שייטל, איך האב חשק אז זי זאל גיין נאר מיט א שפיצל, וואס דאס איז די מערסטע לכתחלה'דיג, סיי אלס די הלכה שאלות, און סיי אז ס'איז מער צניעות'דיג. ווי מער די צניעות פאלט, דארף מען מאכן שטערקערע גדרים.


למעשה וויל מיין ווייב וויסן, אויסער די פשוטע חיוב צו טון וואס דער מאן וויל, אויב זי דארף אויסטון דעם שייטל צוליב די שאלות וואס איז דא אין דעם, למעשה רעדן נישט די רבנים דערוועגן, איז דאס אפשר בלויז אן הידור, און זי קען איגנארירן די גאנצע זאך און גיין ווייטער אנגעטון אזוי ווי איר גאנצע משפחה גייט.


א גרויסן יישר כח.


מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די הלכה'דיגע חלק צי א שייטל איז אסור ווייל עס קומט פון עבודה זרה - דאס זאלסטו פרעגן א דיין. דו וואוינסט דאך אין ... גיי פרעג הרה"ג ר' ... שליט"א; לויט וויפיל איך געדענק פון יארן צוריק דארף א שייטל האבן א הכשר אז דאס קומט נישט פון די האר וואס מען שערט זיך פאר עבודה זרה אין אינדיע וכו'.


איך בעט דיר זייער שטארק דו זאלסט מכבד זיין דיין ווייב און איר נישט באצווינגען וכו'; זי איז אן ערליכע און א איידעלע. דו דארפסט איר פארשטיין אז זי וויל טון דיין רצון און דיין ווילן וכו', אבער פון די אנדערע זייט האט זי שוועסטערס און משפחה וכו'; דאס מאכט איר וועלן גיין ווי אזוי זיי גיין אנגעטון וכו'. אויב דיין ווייב איז מסכים זיך צו טוישן וכו', איז זיכער אז א טיכל איז מער צניעות'דיג און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו די ברכה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): אויפן פסוק (תהלים קכח, ג): "אֶשְׁתְּך כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" ווען איז א פרוי ווי א וויינשטאק, ווען איז א פרוי זוכה צו זיין "כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" אויפצושטעלן א שטוב מיט קינדער? ווען זי איז "בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶך"; ווען זי פירט זיך איידל און גייט אנגעטון איידל, דעמאלט וועט זי זוכה זיין צו די ברכה פון "בָּנֶיך כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים", זי וועט אויפשטעלן קינדער וואס וועלן געזאלבט ווערן מיטן שמן המשחה, עיין שם.


די וויכטיגסטע זאך אין שלום בית איז אז מאן און ווייב רעדן זיך דורך איינער מיטן צווייטן, מען הערט אויס איינער דעם צווייטן און מען פארשטייט יענעמס הרגשים וכו'. מען קען נישט ארויפצווינגען די אייגענע ווילן אויפן צווייטן, ווער רעדט נאך פון טשעפען א ווייב, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "מִתּוֹך שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל זי וויינט זייער שנעל. מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן צו אונז פון שלום בית און דאס איז פון די יסודות אין "היכל הקודש".


דערפאר בעט איך דיר זייער, דו זאלסט נישט באצווינגען דיין ווייב זי זאל זיך טוישן וכו' אפילו דו מיינסט גוטס; דו ווילסט אן ערליכער שטוב און דו ווילסט מען זאל גיין ביי דיר מיט אן ערליכן לבוש וכו'. אבער געב אכטונג אז דיין ווייב זאל נישט האבן א פחד פון דיר, ווייל אויב מען לייגט א פחד אין שטוב פארלירט מען אלעס רחמנא לצלן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ", א מענטש זאל נישט ווארפן א שרעק אויף זיין ווייב און קינדער, "שֶׁהֲרֵי פִּילֶגֶשׁ בְּגִּבְעָה הִטִּיל עָלֶיהָ בַּעֲלָהּ אֵימָה יְתֵירָה וְהִפִּילָה כַּמָּה רְבָבוֹת מִיִּשְׂרָאֵל". ווייל די מעשה פון פילגש בגבעה ווי זיבציג טויזענט אידן זענען גע'הרג'עט געווארן האט זיך אנגעפאנגען פון א מענטש וואס האט געווארפן א פחד אויף זיין ווייב, נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רַב יְהוּדָה אָמַר רַב, כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלשׁ עֲבֵירוֹת, גִלּוּי עֲרָיוֹת, וּשְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת". ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גילוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת.


איך פארשטיי דיר גאנץ גוט אז דו ווילסט דיין שטוב זאל זיין מער צניעות'דיג,  ווייל עס זענען דא פוסקים וואס האלטן (סמ"ק, מצוה נז) אז צניעות ביי פרויען איז א דאורייתא, נישט סתם א חומרא. און דו ווילסט זוכה זיין צו די ברכות וואס מען באקומט ווען די פרוי פירט זיך בצניעות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): אויפן פסוק (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַּת מֶלֶך פְּנִימָה" - אָמַר רַבִּי יוֹסֵי כְּשֶׁהָאִשָּׁה מַצְנַעַת אֶת עַצְמָהּ בְּתוֹך הַבַּיִת, רְאוּיָה לְהִנָּשֵׂא לְכֹהֵן גָדוֹל, וְתַעֲמִיד כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים", אויב א פרוי פירט זיך בצניעות וועט זי האבן קינדער גרויסע צדיקים, נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רַבִּי פִּנְחָס הַכֹּהֵן בַּר חָמָא, בִּזְמַן שֶׁהִיא צְנוּעָה בְּתוֹך הַבַּיִת, כְּשֵׁם שֶׁהַמִזְבֵּחַ מְכַפֵּר כָּך הִיא מְכַפֶּרֶת עַל בֵּיתָהּ", ווען א פרוי גייט בצניעות און זי פירט זיך איידל, איז זי מכפר אויף איר הויז אזוי ווי דער מזבח; אבער מען קען נישט ארויפצווינגען וכו'.


אויב דו וועסט לעבן בשלום מיט איר, דו וועסט איר מכבד זיין, דו וועסט איר לויבן און געבן כסדר לויב ווערטער, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב און דו וועסט זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלעס גוטס.


איך האף אז דו וועסט זיין א מבין דבר מתוך דבר און דו וועסט מיר פאלגן.