שאלה אין קורצן ענין
#1882 - פארוואס רעדט נישט דער ראש ישיבה שליט"א פון זאגן ליקוטי תפלות?
תפילה והתבודדות, ספרי ברסלב, ליקוטי תפלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט א סיבה פארוואס ער רעדט נישט פון זאגן ליקוטי תפילות? איך האב געזען וואס דער רבי זאגט אז ער איז געווארן אן ערליכער איד פון זאגן גאר אסאך תפילות ותחינות ובקשות, ער האט געזאגט די תפילות אזויפיל ביז ער האט עס געקענט אויף אויסנווייניג, דעריבער האב איך אנגעהויבן זאגן ליקוטי תפילות מיט נאך תפילות, איך הער אבער נישט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אפילו דערמאנען א ווארט פון דעם ביי שיעורים.


יישר כח פאר אלע שיעורים און התחזקות, איך ווער פשוט יעדן טאג א נייער מענטש פונדאסניי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זאגן ליקוטי תפילות. רבי נתן האט געזאגט, אין זיינע תפילות ליגט א גרויסע רוח הקודש, עס קומט פון זייער א הויכע פלאץ, פון שער נ'. נאך האט רבי נתן געזאגט, אסאך מענטשן האבן זוכה געווען צו זיצן אין גן עדן פון זאגן זיינע תפילות.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה) ווען מען הערט א תורה פון א צדיק, אדער מען לערנט תורות פונעם צדיק - זאל מען מאכן פון די תורה תפילות צום אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו מקיים זיין וואס מען האט געלערנט, און ווען מען מאכט פון תורה תפילה - ווערט פון דעם אין הימל אזעלכע שעשועים וואס איז נאכנישט געווען מימות עולם; אויף דעם ארויף האט רבי נתן מחבר געווען די ליקוטי תפילות, געבויט אויפן ליקוטי מוהר"ן.


וואויל איז דעם וואס לערנט די תורות פון ליקוטי מוהר"ן און זאגט די תפילות פון ליקוטי תפילות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1881 - ווי קען מען זאגן אז ווער עס קריגט אויף מוהרא"ש זי"ע איז א בעל עבירה?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, צדיקים, מוהרא"ש, קשיות, היכל הקודש, עבירות, משיח, ליצנות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך בין זיך כסדר מחי' און מחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און מיט די בריוו, ס'גייט כמעט נישט אריבער קיין טאג וואס איך באקום נישט נייע ריזיגע מתנות פונעם ראש ישיבה. כאטש וואס איך ווייס שוין פון הייליגע רבי'ן פאר בערך צען יאר, איך דריי זיך מיט ברסלב'ע חסידים, איך מאך שוין אפילו כמה שנים התבודדות כמעט יעדן טאג, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, מיט דעם אלעם אזעלכע מתנות מיט אזעלכע כלים אז ס'זאל זיין קרוב אליך הדבר מאוד, האב איך ממש נישט געהאט, ביז איך האב בדרך השגחה נפלאה אנגעקומען איך מיט מיין ווייב אויסצוהערן די שיעורים, איך קען ממש נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען זיך דרייען ימים ושנים אין ברסלב מיט אזא העלמה און נישט עפענען אזעלכע אוצרות, און איך קען אויך נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען זיך קריגן אויף אזא הייליגע לעכטיגע וועג פון אמונה. איך קען עס נישט פארשטיין און איך פיל זיך פארשעמט אז מען קען זיין א שומר תורה ומצוות, און אפילו א ברסלב'ער, אבער נישט האבן א גלייכע און גאנצע אמונה.


איך האב אנגעהויבן לערנען תוספתא מיט משניות, און זאגן אסאך תהילים ביי די ארבעט, איך קען אין געוויסע טעג אויסזאגן גאנץ תהילים און נאכאלץ נישט זיין זאט, דאס איז אויסער די שיעורים וואס איך האב שוין געהאט ביז היינט, אבער עס איז אריבער אסאך טעג וואס איך האב נישט קיין כח צו זיך אנשטרענגען צו לערנען, איך האב געהאט נאך אסאך שטותים צו טון. ברוך ה' די ערשטע מתנה מיין איך וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה און מוהרא"ש איז "צייט", עס איז מיר פארשווינדען געווארן אלע צייטונגען און מאגאזינען, איי אין ברסלב רעדט מען אויך פון שמירת הזמן? איז נאך א קשיא. ברוך ה' איך בין זוכה מעבר סדרה צו זיין במשך די וואך יעדן טאג אביסל, איך בין זוכה צו האבן א שיעור אביסל נ"ך על הסדר יעדן טאג, גמרא דריי בלאט א טאג, בערך א דף זוהר, צוויי דפים ליקוטי מוהר"ן, צוויי דפים ליקוטי הלכות, ליקוטי תפילות, שולחן ערוך צוטיילט אויף די יאר, און נאך און נאך. דער אייבערשטער זאל העלפן נאר מער און מער, איך זאל האבן א שיעור אין אלע חלקי התורה. און זוכה זיין צו פארשטיין און געדענקען, און האבן אמונה ישרה ותמימה וכו'.


אזוי ווי איך דריי זיך אין די אלגעמיינע ברסלב, האב איך געהערט פילע קשיות אויף מוהרא"ש, דער אייבערשטער האט מיר אבער געהאלפן אז איך האב געהאט די שכל אז איך דארף קוקן וואס עס איז גוט פאר מיר, וואו איך טרעף חיזוק צו דינען דעם אייבערשטן, און די אלע קשיות און בלבולים וועלן מיר גארנישט העלפן אין לעבן. עס מוטשעט מיך אבער איין זאך, דאס וואס מוהרא"ש זאגט אז ווער עס רעדט קעגן אים איז זיכער א בעל עבירה, דאס קען איך נישט פארשטיין. איך ווייס אז מען קען זיין א שיינער איד פון אינדרויסן און זיך באהאלטערהייט זיין א בעל עבירה רחמנא ליצלן, אבער צי מיינט דאס אז פון היינט און ווייטער דארף איך אנקוקן יעדן ערליכן איד פאר א בעל עבירה? אויב זע איך איינער וואס פרובירט צו דינען דעם אייבערשטן לויט זיין הבנה, און ער דרייט זיך אין א סביבה וואס דארט מאכט מען אוועק היכל הקודש, מיינט דאס צו זאגן אז ער איז א בעל עבירה? עס זענען געווען צדיקים אין ברסלב וואס האבן אנגענומען לשון הרע אויף מוהרא"ש, און דאס איז דאך געווען אין אלע דורות, חז"ל זאגן אז ס'איז ברית כרותה אויף לשון הרע צו נתקבל ווערן?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר אויסקלארן ווי אזוי אנצוקוקן די זאך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סא) ווער עס רעדט אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט - איז א סימן אז דער מענטש איז נישט ווי עס דארף צו זיין. דער רבי זאגט, דאס איז פשט וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין כא:): "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים, "נידון בצואה רותחת", וועט באשטראפט ווערן מיט די סארט גיהנום; זאגט דער רבי פשט, "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים - "נידון בצואה רותחת" איז א סימן אז דער מענטש איז ווייט פונעם אייבערשטן, זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן, און אז מען קוקט אריין אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים זעט מען פון וועם מען רעדט; מען רעדט פון דואג האדומי, פון די הויפט פון די סנהדרין וואס האט גע'דרש'נט פאלשע הלכות, אז דוד המלך איז אסור לבוא בקהל; אויף אים זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה אז זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן, איז דאך זיכער אז ווען פשוט'ע מענטשן רעדן אויף צדיקים - איז דאס א סימן אז די דארפן נאך תשובה טון.


יעצט ווען מוהרא"ש איז שוין אוועק פון די וועלט, מען קוקט צוריק, פרעגט זיך ווי פון זיך אליינס: 'וואס האט מען געוואלט פון דעם איד? פארוואס האט מען געקריגט אויף אים? וועם האט ער געטשעפעט? וואס איז געווען די רדיפות אויף דעם איד?' ער האט דאך מיט קיינעם נישט געהאט, ער האט נאר געשריבן ספרים און קונטרסים וואס רעדן צו נשמות ישראל, זיי מחזק זיין; מוז זיין אז די וואס שפעטן אויף אים זענען בעלי עבירה, און נישט נאר מוהרא"ש זאגט דאס, דער רבי זאגט דאס.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קסג): "הנואפים", די בעלי עבירה, - "לרוב הם מתנגדים על הצדיקים", זיי זענען די וואס קריגן אויף צדיקים.


געב זיך זייער אכטונג פון די וואס רעדן אויף צדיקים. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח) אויפן פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי לייגן זייער מויל אין הימל, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", און זייער צינג גייט אויף דער ערד, די וואס רעדן אויף צדיקים - זיי ווילן רעדן אויפן אייבערשטן, אבער זיי שעמען זיך צו רעדן קעגן דעם באשעפער, רעדן זיי אויף צדיקים. דאס איז פשט אין פסוק "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", דאס וואס זיי רעדן מיטן מויל - ווילן זיי רעדן אויפן אייבערשטן, נאר זיי שעמען זיך צו רעדן אויפן אייבערשטן - "לְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף צדיקים, אבער באמת "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם".


וויי און ביטער איז פאר דעם וואס הערט רעדן אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט, דאס איז א סימן אז מען דארף תשובה טון.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא), דער שווער פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה, הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה פלעגט פארן צו צדיקים, קודם איז ער געווען ביים הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס די חסידים דארט רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, עס האט אים זייער געשטערט. האט ער געטראכט אז ער וויל גיין צום צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים לצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו; ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן, האט ער אויפגעהערט צו גיין צו צדיקים און ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן אלע צדיקים. ער פלעגט יעדן טאג מאכן א סעודה מיט זיינע קינדער און זיי אנווארענען זיי זאלן נישט האבן צוטון מיט צדיקים, און ווען רבי נתן האט חתונה געהאט פלעגט ער אויך מיט האלטן די סעודות און הערן פעך און שוועבל אויף צדיקים.


דאס האט זייער שטארק געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס רעדט מען אויף צדיקים? וואס איז די מחלוקות, וואס פעלט דאס אויס? און ווען ער איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, האט ער געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), דעמאלט איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


געב זיך אכטונג פון די וואס זענען בעלי מחלוקות, אפילו זיי זעען אויס עובדי השם און אפילו זיי זענען טאקע עובדי השם. אין ברסלב האט געוואוינט א ברסלב'ער חסיד, ר' שלמה ראובן זלאטע'ס, ער איז געווען א גרויסער עובד ה' און א שיינער בעל תפילה, און רבי נתן האט געזאגט אויף אים: "איך בין אים קיינמאל נישט מוחל", ווייל ער האט געהאט א חלק אין די מחלוקות; זעט מען פון דעם אז מען קען זיין א גרויסער מענטש, אויב האט מען שייכות מיט מחלוקות - איז גאר ביטער.


האב נישט קיין מגע ומשא מיט מחלוקות. דער הייליגער רבי איז זייער גרויס, דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, ער קען יעדן ארויסשלעפן פון זיין בלאטע, אויסער א בעל מחלוקות; א בעל מחלוקות האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן.


ברודער קוק וואס מוהרא"ש געבט דיר, עפן דיין האנט און קוק וואס דו האסט אלץ זוכה געווען פון ווען דו ביסט מקורב אין היכל הקודש; פארוואס זאלסטו אויסהערן די לצים? פארוואס זאלסטו הערן לשון הרע? קוק נישט וועלכע גרויסע מענטשן רעדן וכו' און וואס זיי רעדן וכו', קוק אין דיין האנט, קוק ווער ברענגט דיר דביקות בה', קוק ווער ברענגט דיר צו לערנען די הייליגע תורה, און חיזוק אויף תפילה והתבודדות וכו' וכו', און אז גרויסע לייט רעדן און שפעטן - כבר היה לעולמים. דו ווייסט דאך די מעשה פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו ווען ער האט דערציילט אלע זיינע גלגולים, אז ער איז געווען אין די צייט פון מדבר, ער איז געווען מיט משה רבינו. האט אים זיין אייניקל, דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו - געפרעגט: "זיידע, אויף וועמענס זייט ביסטו געווען ביי די מחלוקת קרח ועדתו?" האט דער הייליגער ישמח משה געזאגט: "איך בין געשטאנען אין דער זייט, איך האב נישט גענומען קיין צד", האט דער ייטב לב געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין אז דו ביסט נישט געשטאנען מיט משה רבינו?!" האט ער אים געענטפערט: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער נסיון איז געווען; קרח האט געהאט מיט זיך אלע רבי'ס מיט אלע שיינע אידן, עס איז געווען זייער שווער צו וויסן וואס מען האט צוטון, ווייל קרח האט זיך אהערגעשטעלט ווי אן עובד ה', אבער באמת איז ער געווען אן אפיקורס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין ירושלמי סנהדרין, דף נ.): 'קֹרַח מִין הָיָה'".


איך האב אביסל מאריך געווען, אבער גלייב מיר איך דארף נאך מער מאריך זיין; ווייל ווען נישט די לצנות וואלט מען געקענט צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן, מען וואלט ווען געקענט ברענגען די גאולה, און ווער ווייסט וויפיל צרות קומט אויף די וועלט אויפן חוזק מאכן און שפעטן אויף צדיקים. דער רבי האט דאס געזאגט נאך איידער עס איז געקומען די ביטערע אומגליק פון קאנטאניסטן, קאמעניזם, אז ווען די צדיקים וואלטן נישט געקריגט אויף אים וואלט ער געקענט אוועק נעמען אינגאנצן די גזירה (עיין חיי מוהר"ן, סימן שצח), נאר וויבאלד מען קריגט אויף אים האט ער דאס אפגעשטופט אויף עטליכע צוואנציג יאר.


דעמאלט האט מען נישט געוואוסט וואס דאס איז, היינט אז מען קוקט צוריק זעט מען וויפיל מיליאנען אידן זענען גע'הרג'עט געווארן פון די מחלוקות אויף צדיקים.


אזוי אויך, ווער ווייסט וואס האט פאסירט ווען עס איז ארויסגעקומען תשל"ו די חתימות וכו'. דער הייליגער קאמארנער האט געזאגט אז שנת תשל"ו וועט משיח קומען, און יענעם יאר האט דער ס"מ צאמגענומען חתימות אין ברסלב קעגן מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און ווער ווייסט צי דאס האט צוריק געהאלטן די גאולה און צוליב די חתימות ליידן מיר נאך אין גלות.


גיי צום אייבערשטן, וויין זיך אויס, בעט אים: "רבונו של עולם איך האב זוכה געווען צו טרעפן א צדיק וואס מאכט מיך רעדן צו דיר, א צדיק וואס מאכט מיך לערנען די הייליגע תורה, א צדיק וואס מאכט מיך לעבן מיט שלום בית, אזויפיל גוטע זאכן באקום איך פון דעם צדיק און מיט דעם אלעם בין איך אנגעפילט מיט לצנות, מיין קאפ בוזשעוועט מיט קשיות און טענות אויפן צדיק.


הייליגער באשפער קוק מיך אן, איך בין אזא רחמנות, איך בין אזוי ווייט פון דיר, איך האב אזויפיל געזינדיגט און פלוצלונג וויל איך פארשטיין דעם צדיק, איך האלט אז איך פארשטיי בעסער ווי אים, איך ווייס ווי אזוי ער דארף ווען רעדן און ווי אזוי ער דארף ווען שרייבן; אנא, רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר; וואס גייט פאר מיט מיר? איך דארף דאך אזויפיל תשובה טון, הייליגער באשעפער, העלף דער צדיק זאל נישט זיין פארשעמט, דער צדיק וויל דאך נאר איין זאך, ער וויל אלע אידן צוריק ברענגען צו דיר, ער וויל אלע אידן זאלן לעבן א גוט לעבן, העלף עס זאל געהייליגט ווערן די נאמען פון די צדיקים און עס זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1880 - ביים בענטשן מוז מען אנטון א הוט און רעקל?
פרנסה, סגולות, יראת שמים, ברכת המזון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב מען דארף זיך אנטון צום בענטשן א הוט מיט א רעקל, אדער מען קען בענטשן אן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נישט זאגן עס איז א חיוב גמור, אבער עס ווערט געברענגט אין הלכה אז א ירא שמים זאל זיך אנטון צום בענטשן א הוט און רעקל. דער משנה ברורה ברענגט (אורח חיים סימן קפג, סעיף קטן יא) בשם דעם מגן אברהם וואס ברעגנט פונעם ב"ח: "ירא שמים לא יברך במצנפת", א ירא שמים זאל נישט בענטשן בלויז מיטן קאפל, "רק ישים הכובע על ראשו", ער זאל זיך אנטון א הוט. "ויש שנוהגין גם כן להתעטף בבגד העליון", אויך איז דא וואס טוען זיך אן א הוט, "דכל זה הוא בכלל עיטוף הנאמר בגמרא אצל כוס ברכה", וואס דאס איז וואס די גמרא זאגט, איינע פון די זאכן וואס מען דארף האבן ביי א כוס של ברכה - 'עיטוף'. און דער משנה ברורה פירט אויס: "וכן נהגו כהיום בישראל", און אזוי פירט מען זיך ביי כלל ישראל, "בעת ברכת המזון", ווען מען גייט בענטשן, "שמשימין הכובע על ראשיהן", אז מען טוט זיך אן די הוט, "אפילו כשהוא מברך ביחיד בלי כוס", אפילו ווען מען בענטשט אן קיין זימון און אן קיין כוס.


איינער פרעגט די פראגע פון מוהרא"ש אין שו"ת ברסלב (חלק א', מכתב קלז) און מוהרא"ש ענטפערט דעם לשון: "אשרי מי שנזהר מאד בברכת המזון בכוונה", וואויל איז דעם מענטש וואס בענטשט מיט כוונה, "והוא מתעטף בבגד עליון וכובע על ראשו", און טוט זיך אן מיט א הוט און רעקל, "כמו שיושבים לפני מלך", אזוי ווי מען זיצט ביי א קעניג; אויך פלעגט מוהרא"ש זיך אנטון די הוט ביי ברכת המזון, אפילו ווען ער האט געגעסן אין שטוב פריוואט.


עס אזי כדאי אראפ צו ברענגען נאך א שטיקל פונעם תשובה וואס מוהרא"ש ענטפערט: "כל כך חבל שבני אדם מזלזלים בברכת המזון", א גרויסע שאד אז מענטשן טוען גרינגשעצן אין ברכת המזון, "שעל ידי זה הם נשארים עניים", וואס דורך דעם בלייבט מען ארעם, "כי אם היו מברכים ברכת המזון בשמחה עצומה", וואלט מען ווען געבענטשט ברכת המזון מיט שמחה און כוונה, - "זה היה מביא להם עשירות גדולה מאד", וואלט מען ווען געווארן גרויסע עשירים.


עס איז כדאי זאלסט אריינקוקן אין די תשובה, מוהרא"ש ברענגט פון זוהר הקדוש (ויקהל ריח.): "מאן דמברך לקודשא בריך הוא מגו שבעא", ווער עס בענטש ברכת המזון נאכן זאט ווערן, "בעי לכוונא לביה", דארף אינזין האבן דאס בענטשן, "ולשואה רעותיה בחדוה", און בענטשן מיט שמחה, "ולא ישתכח עציב", און נישט זיין צוגעלייגט. שטייט ווייטער: "וכמה דאיהו מברך בחדוה ובעינא טבא", ווייל ווי אזוי דער מענטש בענטשט ברכת המזון - "הכי יהבין ליה בחדוה ובעינא טבא", אזוי געבט מען דעם מענטש שפע און עשירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1879 - ווי אזוי הייל איך אויס די הויט אויף מיין פנים?

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים און חיזוק; ווי אזוי וואלט איך אויסגעזען אן דעם הייליגן רבי'ן? איך גיי יעצט בעזרת ה' ענדיגן תהלים נאכאמאל, אלעס א דאנק די שיעורים.


איך האב א פראבלעם וואס שטערט מיר זייער, די לעצטע צוויי יאר האב איך א פראבלעם מיט מיין הויט אויפ'ן פנים און איך קען זיך נישט אן עצה געבן. איך בין געגאנגען צו א הויט דאקטער, ער האט געזאגט עס איז פאנגוס און מיר געגעבן זאכן ארויפצולייגן פאר א קורצע צייט, אבער עס האט נאר געהאלפן אביסל, נאר ווי לאנג איך האב זיי גענוצט. איך האב פרובירט נאטירליכע מיטלען, זיי האבן מיר געזאגט מער נישט צו עסן צוקער און אזוי וועט עס אוועקצוגיין, איך האב עס פרובירט פאר איבער א חודש צייט און עס האט אביסל געהאלפן אבער עס איז געווען צו שווער צו טון פאר מער צייט.


נאכדעם האב איך פרובירט צו מאכן התבודדות אויף דעם פאר פערציג טעג, צוליב דעם וואס רבי נתן האט געזאגט "בחנוני נא בזאת", אז מען בעט דעם אייבערשטן פאר פערציג טעג אויף א זאך וועט מען געהאלפן ווערן, אבער דאס האט אויך נישט געהאלפן. עס האט מיר געהאלפן אין לעבן אבער נישט פאר די הויט פראבלעם. איך האב אויך פרובירט די איבערגעבליבענע אויל פון הדלקת הנירות פון שבת אבער עס האט אויך נישט געהאלפן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן א תורה'דיגע וועג זיך צו היילן ווי שנעלער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט וועט איר נעמען די וואונדערליכע סגולה פון 'תודה והודאה', דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן יעדן טאג, דאנקט אים אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך, רעכנט אויס אלע ניסים - וועט איר זען וואונדערליכע ניסים.


ווען א איד דאנקט דעם אייבערשטן - עפנט זיך אויף די הימל, און וואס מען בעט - באקומט מען; עס קומען ישועות למעלה מדרך הטבע.


דער היילגער רבי האט געזאגט, ווען א איד בעט דעם אייבערשטן קוקט מען אויב ער דאנקט אויך; אז מען דאנקט דעם אייבערטן און נאכדעם בעט מען - העלפט דער אייבערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זיין געזונט און שטארק מיט געזונטע הויט.

#1878 - מיט תפלה האב איך זוכה געווען זיך אפצושערן די האר
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך בין זיך מחזק דורך די בריוו.


איך האב זיך געוואלט שערן די האר, אבער עס איז מיר געווען זייער שווער אפילו נאר צו טראכטן פון אזא געדאנק. איך האב אבער געזען איינמאל אין א בריוו ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז מען זאל כאטש מתפלל זיין אויף דעם, און מיט תפלה קען מען אלעס פועל'ן. די בריוו האט מיר זייער איבערגענומען, און איך האב טאקע אנגעהויבן דאס צו טון, איך האב יעדן טאג געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זוכה זיין אפצושערן מיין האר, און אז איך זאל עס טון מיט'ן גאנצן הארץ און מיט שמחה, און דער אייבערשטער האט מיר טאקע געהאלפן, נאך עטליכע חדשים האב איך זוכה געווען זיך אפצושערן די האר.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר האט געטון די הייליגע זאך איר האט זיך אפגעשוירן די האר אוועק גענומען די קליפות און דינים פון שטוב.


מיטן זיך אפשערן וועט איר זוכה זיין צו ליכטיגע ערליכע אידישע דורות, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה.): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך מידה טובה מרובה, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך די האר - וועט זי האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


מיט תפילה און סבלנות קען מען אלעס פועל'ן, ווער עס באנוצט זיך מיט תפילה, ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל קענען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, גיין אין די וועג פון די הייליגע צדיקים - איז זוכה צוצוקומען צו די העכסטע פלעצער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1877 - וואס זענען די מנהגי בית המדרש אום תשעה באב?
צדיקים, מנהגים, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן געוואלט פרעגן אויב עס איז דא געוויסע מנהגים ווי זיך צו פירן אין בית המדרש אום תשעה באב.


יישר כח,


די גבאים פון בתי מדרשים היכל הקודש

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד גבאי בית המדרש היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


ביי אונז איז דער מנהג אז מען זאגט סיי ט' באב ביינאכט און סיי אינדערפרי - מגילת איכה.


אויך קען מען לערנען שיעורים כסדרן פון נאך מנחה.


ווען מען זאגט איכה, מען וויינט אויפן חורבן האט מען אינזין דעם אייגענעם חורבן; מען וויינט אויף זיך ווי ווייט מען איז פארקראכן און מען וויינט אויף די שכינה הקדושה - נשמות ישראל, וואס זענען אזוי דערווייטערט פונעם אייבערשטן און דער צדיק וואלט אלעמען געקענט צוריק ברענגען צום אייבערשטן, קומט דער סמ"ך מ"ם און לאכט און שפעט.


דער אייבערשטער זאל אונז אלע טרייסטן, מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן און צוריק גיין קיין ארץ ישראל מיט משיח צדקינו.

#1876 - ווי אזוי טוישט זיך דאס לעבן דורך די עצות פון הייליגן רבי'ן?
היכל הקודש, הפצה, עבודת השם, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, איך דאנק און איך לויב דעם אייבערשטן אז איך האב היינט זוכה געווען צו ענדיגן די צענטע מאל ששה סדרי משנה, איך שפיר זיך אזוי גוט, איך שפיר א שטארקע קשר מיט'ן אייבערשטער און מיט די הייליגע תורה, און איך קען זען ממש בחוש ווי מיין קאפ טראכט שוין אנדערש, ווי אזוי אלעס אין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן, ווי אזוי מיין שלום בית זעט אויס, ווי אזוי די שחרית מנחה מעריב זעט אויס, ווי אזוי מיין מויל רעדט אנדערש, ווי אזוי מיינע אויגן ווערן הייליגער, ווי אזוי מיין קשר מיט מיינע קינדער איז געווארן בעסער, און אזוי ווייטער און ווייטער אן קיין שיעור און גרעניץ.


דאס אלע איז די געוואלדיגע כח פון משניות, און פארשטייט זיך די כוחות וואס דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אריין אין אונז מיט די דרשות און בריוו און אלע גוטע חיזוק וואס איך בין זוכה צו הערן און לערנען.


איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאלן האבן אסאך כח און צייט, און קענען ווייטער ממשיך זיי מקרב צו זיין גאנץ כלל ישראל צום אייבערשטן. איך האב נישט גענוג ווערטער זיך באדאנקען, איך בין פול מיט התרגשות, און שרייב דעם בריוו מיט טרערן אין די אויגן פאר שמחה און התרגשות.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די ממש נייע לעבן וואס איך האב באקומען, פשוטו כמשמעו. וויפיל איך וועל שרייבן וועל איך סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען אפילו אויפ'ן שפיץ גאפל וויפיל איך בין שולדיג מיין לעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ואתחנן, ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן; די גאנצע לעבן טוישט זיך ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען לערנט זיינע ספרים און מען לעבט מיט די עצות און חיזוק.


זיי עוסק אין הפצה, פארשפרייט די זיסע עצות פאר אנדערע; ווייל דאס איז די סימן אז מען לעבט א גוטע לעבן, אז מען העלפט אנדערע זאלן אויך האבן די לעבן. דער רבי דערציילט (מעשה פון די זיבן בעטלערס), דעם צווייטן טאג איז געקומען דער טויבער בעטלער און דערציילט פאר די חתן כלה פון זיין חיים טובים, אז איינמאל האבן זיך מענטשן בארימט מיט זייער חיים טובים, האט דער טויבער בעטלער זיי געזאגט: "אויב איר לעבט א חיים טובים, פארוואס העלפט איר נישט די מדינה וואס האבן געהאט דעם שיינעם גארטן און דער גראדניק (גארדנער) איז פארלוירן און קיינער קוקט זיך נישט אום אויפן גארטן, און אויך איז געקומען דער מלך האכזר און חרוב געמאכט דעם שיינעם גארטן? איז אויב איר לעבט א חיים טובים העלפ'זשע די מדינה", און דער בעטלער האט זיי געזאגט: "אויב וועט איר זיי נישט העלפן וועלן ענקער חיים טובים אויך קאליע ווערן"; ווייל נאר די וואס זענען עוסק אין הפצה - די בלייבן ביים רבי'ן מיט א חיים טובים, און די אלע וואס בארימען זיך מיט זייער חיים טובים אבער זיי טוען נישט פאר אנדערע, אז זיי זאלן אויך האבן א חיים טובים - פארלירן זיי אלעס.


אז דו בארימסט זיך אזוי מיט דיין חיים טובים - דארפסטו העלפן אנדערע; גיי פארשפרייטן פאר אנדערע דעם רבינ'ס ספרים און מוהרא"ש'ס ספרים און קונטרסים וואס געבט לעבן פאר מענטשן, נאר אזוי וועט דיין חיים טובים נישט קאליע ווערן.


אנשי שלומינו זענען נישט גערעכט מיטן האלטן די חיים טובים וואס דער רבי געבט - פאר זיך אליין, מען מוז גיין הפצה, מען מוז פארשפרייטן די עצות פאר אנדערע. רבי נתן זכרונו לברכה שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג) דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, "וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1875 - מיינע עלטערן קריגן זיך און איך לויף צו מאוויס, וואס טוט מען?
שלום בית, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מאוויס, שמחה, ניגונים, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות ווי אזוי צו פירן אן ערליכע שיינע איידעלע שטוב.


איך קען שוין נישט, איך האלט עס נישט אויס; מיין טאטע מאמע קריגן זיך ארום פאר יעדע קלייניקייט, מיין מאמע זאגט שוין אפאר מאל אז זי וויל זיך גט'ן, איך ווייס נישט וואס צו טון; לויף איך צו מיין איי-פאד און איך קוק מאוויס, וואס זאל איך טון אז מיין מאמע האט מיר געוויזן מאוויס ווען איך בין געווען קליין און איך בין געווארן צוגעבינדען דערצו, איך ווייס נישט וואס צו טון.


איך בעט דער ראש ישיבה זאל מיר געבן אן עצה ווייל איך קען שוין נישט, עס איז ממש א גיהנום; מיין טאטע שרייט א גאנצן טאג אז מיין מאמע דארף הילף און אז זי איז קראנק. מיין מאמע האט אנגעהויבן זיך נישט צו שערן איר האר, און זי גייט מיט הויזן; וואס זאל איך טון? זי איז א גאנצן טאג אויף איר טעלעפאן און טוט גארנישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קוקט נישט קיין מאוויס, קוקן מאוויס ברענט אויס די מח, עס מאכט שאדן אויף שפעטער, מאוויס איז מטמא דעם מח און הארץ. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה י, ב; תנחומא שלח, טו): "עֵינָא וְלִבָּא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַעֲבֵירָה", די אויגן און די הארץ זענען די מעקלער (סעילסלייט) פאר עבירות, "עַיִן רוֹאֶה", עס הויבט זיך אן אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, "וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", ביז מען פאלט אראפ, מען זינדיגט רחמנא לצלן.


קוקט נישט קיין מאוויס, ענדערש שפילט געימס ווי קוקן מאוויס; קוקן מאוויס איז סם המוות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות; קוקן מאוויס ברענגט צו טומאה און זוהמה. חכמינו הקדושים זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע כאפט א מענטש און הרג'עט אים - דורך נישט היטן די אויגן.


אז עס איז אייך גאר ביטער, אייערע עלטערן קריגן זיך; אייער מאמע וכו' וכו', און איר זוכט וואו צו אנטלויפן - אנטלויפט צום אייבערשטן. נעמט די עצה פון הייליגן רבי'ן, התבודדות ותפילה; גייט אין א ווינקל און שמועסט מיטן אייבערשטן אויף אייער שפראך, דערציילט אים ווי שווער עס איז אייך אין שטוב, וויינט צום אייבערשטן; זאגט אים: "הייליגער באשעפער איך האב ביטערע שווערע נסיונות, העלף מיר איך זאל זיך קענען דערהאלטן, איך זאל זיין פרייליך, איך זאל קענען ביישטיין די שווערע נסיונות".


הערט פרייליכע ניגונים, טאנצט און זינגט; ווייל שמחה איז אן עצה ווי אזוי צו בלייבן שטארק און קענען ארויסגיין א זיגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1874 - זאל מען געבן נאך א שאנס פאר א בחור א מנוול?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, תשובה, חברים, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א וויכטיגע שאלה צו פרעגן, איך האב ברוך ה' זוכה געווען בזכיות חנם צו הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב געהערט אין די שיעורים ווי וויכטיג עס איז צו רעדן צו קינדער און בחורים פון קדושת הברית, און אזוי ווי איך בין א מגיד שיעור אין א ישיבה, פרוביר איך טאקע צו רעדן צו די בחורים פון דעם, זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


אנהויב דעם יאר האב איך געגעבן א שיעור פאר די בחורים, און איך האב גערעדט זייער שארף וועגן קדושה, און נאכ'ן שיעור זענען צוויי בחורים צוגעקומען צו מיר און מיר דערציילט אז עס איז דא א בחור אין ישיבה וואס סטראשעט און צווינגט יונגערע און שוואכערע בחורים צו טון עבירות מיט אים רחמנא ליצלן, און אזוי ווי דער מגיד שיעור רעדט פון דעם ענין, האב מיר מער באמערקט די זאך, און מיר האבן אים געכאפט ממש פאר'ן אריינכאפן נאך א בחור אין זיינע שלעכטע זאכן.


איך האב זיך באדאנקט פאר זיי פאר'ן קומען דערציילן, און איך בין געגאנגען רעדן מיט דעם בחור וואס ווי זיי האבן געזאגט איז ער שיעור נישט אריינגעפאלן, און ער האט מיר טאקע דערציילט אז דער בחור איז א מנוול, און שוין א שטיק צייט וואס ער לויפט אים נאך און סטראשעט אים אז ער מוז קומען מיט אים אין בית הכסא, און אויב נישט וועט ער אים שעדיגן, ער וועט ארויסלאזן אויף אים א שלעכטע נאמען, און אזוי ווייטער.


איך האב דאס איבערגעגעבן ווייטער פאר'ן משגיח און דער ראש ישיבה, זיי האבן דאס ווייטער נאכגעפארשט, און האבן באשלאסן אים ארויסצואווארפן פון ישיבה.


למעשה בעטן זיך די עלטערן זייער שטארק אז די ישיבה זאל מסכים זיין צוריק אריינצונעמען דעם בחור פאר דעם קומענדיגן יאר אין ישיבה. די שטאב פון די ישיבה האבן מיר געפרעגט וואס איך האלט דערוועגן, זיי זענען אונטער שטארקע דרוק פון די עלטערן אים יא צוריקצונעמען, זיי ווייסן אבער נישט אויב מען זאל אים געבן נאך א שאנס, אדער מען זאל אים אוועקווארפן מיט ביידע הענט?


דער בחור איז בערך 17 יאר אלט, ער דרייט זיך אבער אלץ און חבר'ט זיך נאר מיט בחורים און אינגלעך וואס זענען פיל יונגער פון אים.


איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ראשית דבר, אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט תורה מיט בחורים און דו פלאנצט אין זיי איין יראת שמים, דו רעדסט צו זיי פון קדושת הברית; פון זיך אכטונג געבן נישט אנרירן אות ברית קודש, נישט צוצוקומען צו די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


ליידער האט זיך אריינגעכאפט נייע מאדערנע שיטות צווישן ערליכע קהילות, השקפות וואס קומט פון נישט גוטע מקורות; מען זאל נישט רעדן צו די קינדער און בחורים פון קדושת הברית, מיט די נארישע סברה אז 'דאס מאכט שאדן'. מיר גייען נאך די וועג פון צדיקים, מוהרא"ש האט אונז געלערנט וואס דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געהאלטן, מען זאל יא רעדן.


עס איז אמאל געווען אן אסיפת מלמדים מיטן הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, וואס געוויסע האבן גע'טענה'ט אז מען זאל נישט רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, מיטן טענה 'אז מען וועט רעדן צו די קינדער - וועלן זיי וויסן וכו''; האט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער געקלאפט אין טיש און געזאגט: "מען דארף יא רעדן, ווייל אז מען רעדט נישט - ווייסן נישט די קינדער בכלל פון וואס זיך צו היטן", און דער רבי האט דארט דערציילט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו (רבא, פרק יח), אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב אמאל אנגעטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים, בערך צוויי הונדערט תלמידים; נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו די שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזוכט דעם מלמד זיך צו קענען טרעפן מיט אים האט מען מיר געזאגט אז ער איז שוין געשטארבן צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע זיינע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים - זענען געשטארבן; ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיך געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט: "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן..." האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן, זיי האבן פוגם געווען באות ברית קודש דעריבער זענען זיי אלע געשטארבן יונג"; האט דער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער צוריק גע'טענה'ט פאר די מלמדים: "דא זעט מען דער חיוב וואס מלמדים האבן צו רעדן צו קינדער פון וואס מען דארף זיך דערווייטערן".


לערן אויס די בחורים, אויב איינער וויל זיי צורירן - זאלן זיי שלאגן, לערן זיי אויס נישט מורא האבן, שרעק זיי אן אז אויב זיי וועלן זיך לאזן פון א מניוול - וועלן זיי ביים סוף ווערן מניוולים און זיי וועלן ענדיגן זייער לעבן אין תפיסה.


בנוגע צוריק נעמען דעם בחור, ווער געוואר אויב דער בחור איז א קראנקער אדער ער איז דורכגעפאלן אין א נסיון; אויב איז ער א קראנקער - וועט גארנישט העלפן. מוהרא"ש האט מיר געזאגט אמאל, ווען איך האב אים געפרעגט אויף א בחור וואס דער טאטע איז געווען א נאנטער מענטש פון די קהילה ביי מוהרא"ש, וועגן אים ארייננעמען אין ישיבה; מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "אויב וועסטו ארייננעמען דעם בחור ביי דיר אין ישיבה - וועסטו פארמאכן די ישיבה ביז א קורצע צייט, דער בחור איז א קראנקער השם ישמרינו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1873 - ביי א תפלה דארף מען צולייגן די ווערטער 'נאר אויב ס'איז גוט פאר מיר'?
תפילה והתבודדות, עקשנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק וואס דער ראש ישיבה געבט, עס האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


אין מיין שולע, און איך מיין אויך אין אלע אנדערע שולעס, לערנט מען אויס אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א גשמיות'דיגע זאך, זאל מען אלעמאל צולייגן און בעטן נאר 'אויב עס איז גוט פאר מיר', ווייל עס קען זיין אז מען וועט פועל'ן עפעס וואס איז נישט גוט פאר'ן מענטש. אבער ביי רוחניות דארף מען דאס נישט צולייגן, ווייל עס איז אייביג גוט.


מיינע לערערינס רעדן אסאך פון דעם, אבער איך באקום נערוון פון דעם, עס שטערט מיר צו בעטן נארמאל, ווייל איך זאג איבער טויזנט מאל 'איך דארף עס נאר אויב עס איז גוט פאר מיר', און איך קען זיך ממש נישט נארמאל קאנצענטרירן אויף מיינע תפילות. איך וויל פרעגן אויב מען דארף דאס טאקע זאגן, אויב איז טאקע א פראבלעם ווען מען לייגט נישט צו די ווערטער צו די תפילות.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וואס מען קען טון אז די התבודדות זאל גיין בעסער און גרינגער. איך פרוביר זייער אסאך צו רעדן צום אייבערשטן, אבער געווענליך ארבעט עס ביי מיר אז נאר אויב עס ליגט מיר עפעס פונקט שווער אויף מיין הארץ, נאר דעמאלט קען איך רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן, אויב ווען עס גייט מיר גוט הייב איך אן רעדן און איך בלייב שטעקן, ווייל איך האב פלוצלינג נישט וואס צו רעדן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט אייך נישט מבלבל פון גארנישט, רעדט צום אייבערשטן נאטירליך, בעטס אים יעדע זאך אזוי ווי מען בעט א טאטע און מען רעדט צו א פריינד; בעטס אים אלעס וואס איר ווילט, בעטס אים מיט רחמנות, נישט מיט עקשנות. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וְכוּ'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן, "אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, יִתֵּן", אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן - איז גוט, "וְאִם לָאו, לָאו", און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן - איז נישט.


דער רבי טייטשט מיט דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ', הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן - טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


וואויל איז דעם וואס בעט יעדע זאך דעם אייבערשטן, "כבן המתחטא לפני אביו ועושה לו רצונו" (תענית יט.).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1872 - פארוואס פייניג איך און איך טשעפע אזויפיל מיין מאן?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א שלעכטע ווייב, מיין מאן איז א נשמה'לע נעבעך, איך האלט עס נישט אויס פאר אים.


אונזער בעיבי וועקט אונז אויף זייער אסאך אינמיטן נאכט, לעצטע וואך איין נאכט האט די בעיבי אונז אויפגעוועקט, און מיר זענען ביידע געווען זייער נערוועז, רוף איך מיך אן צו אים, "אזעלכע עקלדיגע מידות קומט ארויס פון דיר ווען דו ביסט פארשלאפן", האט ער מיר געענטפערט "איך בין נישט געווען אזוי ווען איך האב חתונה געהאט, דו האסט מיך אזוי געמאכט".


איך בין געבליבן שטיל מיט טרערן אין מיין האלז. עס האט מיר אזוי געשטאכן, ווייל איך ווייס ווי אמת עס איז, איך פייניג אים. היינט האבן מיר געהאט א טענה'ריי, איך האב אים גוט וויי געטון. רופט ער זיך אן ״איך גיי אנהויבן זיך אויפפירן אנדערש", האב איך געזאגט, "דעמאלט גייסטו בלייבן אליינס שנעלער ווי דו מיינסט", זאגט ער, "אפשר ווען איך וועל זיין אליין וועל איך מער אויפטון אויף דער וועלט", ער זאגט "אלס בחור פלעג איך לערנען און דאווענען און זיין פרייליך". אוי טוט דאס וויי, איך וויין יעצט פון מיך אליין.


איך דארף הילף, איך דארף אן עצה, איך האב א קראנקע מחלה פון שלעכטע מידות, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך בעט דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער איך זע נישט אז עפעס זאל זיך רוקן, איך הער און איך קען אלע שיעורים, איך ווייס אז איך דארף אים שעצן און ליב האבן און זיין א קלוגע פרוי, איך ווייס פונקטליך וואס איך דארף ווען זיין, איך קען זיך אבער נישט העלפן, ער ווערט נעבעך געפייניגט, איך האלט עס נישט אויס.


אוודאי ווערט ער נערוועז יעדעס מאל ווען איך רוף אים, איך וואלט אויך געווארן נערוועז פון מיך אליינס. ער איז אזוי וואויל אז ער טוט מיר גארנישט צוריק. איך בין געקומען זוכן הילף, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויסארבעטן די מידות - איז זייער וויכטיג, און אז מען ארבעט דאס נישט אויס אין די יונגע יארן - איז שפעטער זייער שווער דאס לעבן; א רחמנות פאר די קינדער וואס מען איז זיי נישט מחנך, עס איז זיי שפעטער ביטער אין לעבן.


דער פסוק זאגט: "וְעַיִר פֶּרֶא אָדָם יִוָּלֵד" (איוב יא, יב), א מענטש ווערט געבוירן מיט שלעכטע מידות, ווי אן אייזל אן שכל; מען מיינט 'אלעס קומט זיך מיר', מען מיינט 'יעדער קומט מיר', און עס ליגט א פליכט אויף עלטערן אויסצולערנען די קינדער צו וויסן אז 'נישט אלעס וואס מען וויל - באקומט מען', און אז 'קיינער קומט מיר גארנישט'.


שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ", עלטערן וואס מוסר'ן נישט די קינדער - די האבן פיינט זייערע קינדער, "וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", און די עלטערן וואס מוסר'ן די קינדער - די האבן ליב זייערע קינדער; ווייל די עלטערן וואס מוסר'ן נישט זייערע קינדער - וועלן די קינדער ארויסגיין לתרבות רעה, השם ישמרינו.


אז מען האט אייך נישט געהאלפן אלס קינד אויסארבעטן די שווערע נאטורן, מען האט אייך אלעס נאכגעגעבן - איז פאר אייך געבליבן איין עצה, בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף אייך און אייך העלפן אויסארבעטן די מידות; איר זאלט רעדן שיין צו אנדערע און בפרט צו אייער מאן, איר זאלט וויסן אז קיינער קומט אייך גארנישט און וואס איר האט - איז אלעס נאר מתנות; ווייל אז מען איז שלעכט צום מאן, מען רעדט נישט שיין, מען פארלאנגט א גאנצן צייט - קען מען בלייבן אליין השם ישמרינו.


דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, אות טז) ווען ער האט געהאט זיינע שווערע נסיונות - איז ער געווען אין א גרויסע סכנה, "הָיָה צוֹעֵק לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מְאֹד", ער האט געשריגן צום אייבערשטן, "עַד שֶׁזָּכָה לְהִתְגַּבֵּר עַל יִצְרוֹ וּלְהִנָּצֵל", ביז ער האט זיך געקענט שטארקן אויף זיין יצר הרע און ווערן געראטעוועט, ביז ער האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט.


איך האב געזען מענטשן וואס זענען געווען בטבע שלעכט, פרעכע בעלי גאווה, און מיט די עצה פון התבודדות האבן זיי זיך אויסגעארבעט און געווארן גוט; זיי האבן גענומען דעם הייליגן רבינ'ס עצות ערנסט, זיי האבן געבעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, זיי האבן זיך מתבודד געווען, געשריגן צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך בין א שלעכטער, הייליגער באשעפער געב מיר גוטע נאטורן, מאך מיך רעדן שיין צו אנדערע, געב מיר א גוטע הארץ, א ריינע הארץ", און זיי האבן זיך אינגאנצן געטוישט צום גוטן.


וועט איר נעמען ערנסט דעם רבינ'ס עצה, איר וועט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן - וועט איר זיכער זיך טוישן, איר וועט ווערן א גוטער, איר וועט האבן שלום בית און די שכינה וועט רוען ביי אייך אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1871 - ווי אזוי פועל'ט מען ביי די ווייב אנצוטון טייץ פאר די קליינע מיידל?
שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, צניעות, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער איז פיר און האלב יאר אלט, און מיין ווייב וויל איר נישט אנטון קיין טייץ, נאר שטרימפ. עס שטערט מיר זייער שטארק אבער מיין ווייב זאגט אז איר הארץ לאזט איר דאס נישט טון, ווייל עס ליגט איר נאך אין די ביינער ווען זי איז געווען א קליין מיידל אין דעי קעמפ און זי איז געווען די איינציגסטע אין איר קלאס וואס איז געגאנגען מיט טייץ, און איר לערערין פלעגט חוזק מאכן פון איר, ספעציעל ווען די לערערין פלעגט אנטון די קינדער נאכ'ן שווימען, און עס איז איר געווען שווערער איר אנצוטון ווייל זי האט געהאט טייץ, פלעגט די לערערין שפעטן פון איר, און דעריבער פלעגט זי חוזק מאכן פון איר, און עס האט איר זייער וויי געטון.


מיין ווייב זאגט אז ווען אונזער מיידל וועט ווערן פינף יאר, דעמאלט וועט זי איר אנטון טייץ. מיין שאלה איז אויב איך זאל זיך קריגן מיט איר וועגן דעם, וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער אסאך וואס האבן א פיינטשאפט צו איידלקייט איז דאס ווייל מען האט זיי פארשעמט אין די יונגע יארן, מען האט געלאכט פון זיי, אדער מען האט זיי אריינגעלייגט די זאך פון צניעות מיט כח, נישט מיט ליבשאפט; ביז עס איז זיי אזוי שלעכט - אז זיי ווילן נאר גיין אנגעטון נישט איידל, נישט שיין; אלעס קומט פון נישט גוט מחנך זיין.


א ווייב קען מען נישט צווינגען, א ווייב קען מען נישט הייסן וואס צו טון; מען קען שיין רעדן, מען קען שמועסן נאכאמאל און נאכאמאל פון די שיינקייט פון גיין אנגעטון שיין און איידל, און מיט אסאך תפילה און אסאך טרערן צום אייבערשטן - ביז עס גייט אריין א רוח טהרה אין איר.


געדענק וואס דער רבי זאגט "מיט גוטנס פועל'ט מען בעסער ווי מיט שלעכטנס"; נאך האט דער רבי געזאגט: "אויב מען זעט מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן".


מיט א ווייב איז נישטא אזא זאך ווי גיין מיט כח, מיט א ווייב דארף מען גיין זייער איידל, זייער ווייך; מיט כח קען מען גארנישט פועל'ן, מיט כח מאכט מען נאר ערגער; בפרט ווען מען וויל פועל'ן א געפיל אין אזעלכע הייקעלע זאכן ווי אנטון די קינדער אידיש און איידל - דארף מען דאס מאכן מיט א זיסקייט און א הייליגקיייט, מען דארף כסדר אויסלויבן און אויסרימען דאס שיינקייט פון אידישע קליידער.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אין אידיש פאר דיר, פאר דיין ווייב און פאר דיינע דורות, אז איר אלע זאלן גיין אין די אידישע וועג, איר זאלט ליב האבן די אידישע וועג, ליב האבן דעם איד און פיינט האבן דעם נישט איד, פיינט האבן סטרא אחרא, פיינט האבן קליפות.


גיין אויסגעטון איז נישט שיין, גיין אויסגעטון איז עקלדיג און אויב מען האט דאס ליב - דארף מען וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א ריינעם הארץ, א ריינעם מח, געב מיר א געפיל אין אידישקייט".


אינגעלייט קומען צו מיר וויינען אז עס איז אריין א רוח רעה אין זייער ווייב, א ש-ד האט זיך אריינגעכאפט אין זיי, פלוצלונג טוען זיי אן הויזן און לאזן וואקסן די האר, זיי גייען אין שטוב מיט אן אויפגעדעקטע קאפ, שמירן די נעגל השם ישמרינו; זיי וויינען און פרעגן, וואס קענען מיר טון? דער ענטפער איז: "נישטא קיין עצה, מען קען נישט צווינגען א ווייב וואס צו טון און מען קען נישט צעברעכן א שטוב פאר די זאכן, עס איז נאר דא די איין עצה, רעדן זייער ווייך און שיין צו זיי, מיט אסאך ליבשאפט, און גיסן טרערן צום אייבערשטן, וויינען צום אייבערשטן 'עַד יֵעָרֶה עָלֵינוּ רוּחַ מִמָּרוֹם'" (ישעי' לב, טו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1870 - פארן קיין אומאן ווען די ווייב ווארט א שמחה?
אומאן, שלום בית, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן ווען די ווייב לאזט פארן קיין אומאן. איך דאנק טאקע דעם אייבערשטן אויך אויף דעם, איך האב חתונה געהאט בערך א יאר צוריק, און ברוך ה' מיר זענען זיך ביידע אינאיינעם מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן וואס מיר הערן פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מיין ווייב וויל איך זאל פארן קיין אומאן.


דער פראבלעם איז אבער אז מיר ווארטן אי"ה אויף א שמחה אום סוכות צייט, און מיין ווייב איז נערוועז אויב איך וועל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, זי וועט נישט זיין רואיג, אבער פון די אנדערע זייט וויל זי אויך אז איך זאל זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה און פועל'ן פאר אונז א גוט יאר, זי ווייסט נישט וואס איז ריכטיג צו טון, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א אונז געבן אן עצה איבער דעם?


יישר כח פאר אלע חיזוק, איך האב ברוך ה' אנגעהויבן לערנען משניות, און איך בין ברוך ה' מעביר סדרה יעדע וואך.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיין אין אומאן ראש השנה ביים רבי'ן איז נישט קיין פשוט'ע זאך. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען", נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, "וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה.


נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה, שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז ראש השנה, "לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", און נישט נאר ענק זענען אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה - "אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", נאר די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה.


נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים", ראש השנה קענען אלע באקומען א תיקון פון אים, "מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן", אפילו די וואס ער קען נישט מתקן זיין דורכן יאר, "אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן", אבער ראש השנה קענען זיי אויך באקומען זייער תיקון, "אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּראשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים", אפילו דער רבי קען זיי דורכאויס דעם יאר נישט העלפן, אבער ראש הנשה קען ער אלעמען מתקן זיין, "כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", ווייל ראש השנה מאכט דער רבי אזעלכע גרויסע תיקונים, דעריבער זאלן אלע קומען צו אים ראש השנה.


אז דיין ווייב דארף האבן אין די צייט פון ראש השנה און זי וויל דו זאלסט בלייבן מיט איר - קענסטו בלייבן מיט איר, אויף דעם איז געזאגט געווארן (שבת קנא:): "חלל עליו שבת אחד", ענדערש זאל מען פארשוועכן איין שבת - "כדי שישמור שבתות הרבה", כדי מען זאל קענען היטן אסאך שבתים; אזוי אויך, ענדערש איין יאר נישט קומען, נישט איבער רייסן דעם שטריק - אזוי וועסטו קענען קומען אלע יארן ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1869 - ווער עס איז געווען דער רבי פון הייליגן רבי'ן?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, צדיקים, קברי צדיקים, רבינו ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן ווער עס איז געווען דער רבי פון הייליגן רבי'ן? אויך האב איך געוואלט וויסן אויב דער רבי האט געהאלטן פון הייליגן רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע, און פון הייליגן מגיד פון מעזריטש זי"ע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי איז אויפגעוואקסן אין שטוב פון זיין גרויסן זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דארט האט ער געהערט מעשיות פון זיידן, די מעשיות האבן אים אויפגעפלאקערט זיין הארץ צום אייבערשטן, דאס האט אים געמוטיגט און געטראגן צו גיין אויף די הייליגע וועג.


דער הייליגער רבי האט נישט געהאט קיין רבי, די מעשיות וואס ער האט געהערט אלס קינד - דאס האט אים געמאכט זייער בענקען צום אייבערשטן, דאס מערסטע האט אים זייער געכאפט די מעשה ווי אזוי זיין זיידע איז געבוירן און דאס געזעגענען פון זיין טאטע; די לעצטע ווערטער וואס זיין טאטע האט אים געזאגט, ווי דאס האט אים געשטארקט.


די מעשה גייט אזוי, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געבוירן געווארן צו אלטע עלטערן, זיין פאטער רבי אליעזר איז אלט געווען הונדערט יאר און זיין מאמע שרה איז שוין אויך געווען זייער אלט; זיין מאמע איז נפטר געווארן גלייך ווען זי האט געבוירן דעם הייליג קינד ישראליק, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון די וועלט, כדרך כל הארץ, געדענק אבער אז דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.


דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליין אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטע'ס לעצטע ווערטער: "געדענק, דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם"; מיט די ווערטער האט ער געלעבט און האט דאס אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל האט ער שפאצירט אין וואלד בשעת ער האט געזינגען צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליין אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז דאך אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבערגעלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ"; (וואס באמת שטייט דארט אז מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און געשריגן אויף יענעם דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלונג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישטא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם סמ"ך מ"ם.


פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער סמ"ך מ"ם וויל אים איינרעדן צו טראכטן קעגן די אמונה - האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד; ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אפגעמאכט, 'איך וויל דאך אויך זיין א צדיק, אז איך וועל טון וואס מיין זיידע האט געטון, איך וועל אנהויבן רעדן צום אייבערשטן - וועל איך אויך ווערן א צדיק'.


נאכן הערן די מעשה איז דער רבי גלייך ארויס פון שטוב, ער איז געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'"; ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


אויף די פראגע אויב דער הייליגער רבי האט געהאלטן פון הייליגן מגיד פון מעזריטש און פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותם יגן עלינו; וואס איז בכלל די פראגע? קוק אריין אין חיי מוהר"ן (סימן תקנג) ווי דער הייליגער רבי האט גערעדט פון די הייליגקייט פון די צדיקים, באזונדער ווי דער רבי האט אויסגעלויבט דעם הייליגן מגיד: "וּפַעַם אַחַת סִפְּרוּ לְפָנָיו מִצַּדִּיק אֶחָד, שֶׁאָמַר עַל הָרַב הַמַּגִּיד הַקָּדוֹשׁ רַבִּי דֹּב", מען האט אמאל דערציילט פארן רבי'ן אז א צדיק האט געזאגט אויפן מגיד פון מעזריטש: "שֶׁבְּכָל הִסְתַּכְּלוּת שֶׁהָיָה הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מִסְתַּכֵּל", ווי דער מגיד קוקט נאר, "רָאָה כָּל הַשִּׁבְעָה רוֹעִים", זעט ער די זיבן פאסטוכער; אברהם, יצחק, יעקב וכו' וכו'; "וְהֵשִׁיב רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", האט דער רבי געזאגט: "עַל הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה יֵשׁ לְהַאֲמִין הַכֹּל", וואס מען זאגט נאר אויפן מגיד - דארף מען גלייבן, "וְכֵן עוֹד הַפְלָגוֹת גְּדוֹלוֹת שֶׁהִפְלִיג בְּעִנְיַן קְדֻשַּׁת הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה. וְאֵין כָּאן [מָקוֹם] לְבָאֲרָם", און נאך אסאך גרויסע זאכן וואס דער רבי האט געזאגט אויפן מגיד.


אויך דעם הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק, האט דער רבי זייער אויסגעלויבט. אזוי ווי רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, שם): "וְכֵן כְּשֶׁרָאָה אֶת הַסֵּפֶר הַקָּדוֹשׁ נֹעַם אֱלִימֶלֶךְ", ווען דער הייליגער רבי האט געזען דעם הייליגן ספר 'נועם אלימלך', "הִתְפַּלֵּא מְאֹד", האט זיך דער רבי זייער פארוואונדערט אויף די הייליגקייט פונעם ספר, "וְאָמַר שֶׁקְּדֻשַּׁת מַעֲלַת הָרַב הַקָּדוֹשׁ רַבִּי אֱלִימֶלֶךְ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה נִשְׂגָּבָה לְמַעְלָה לְמַעְלָה מִמַּה שֶּׁנִּרְאֶה וּמוּבָן מִתּוֹךְ סִפְרוֹ הַנַּ"ל", און דער רבי האט געזאגט: דער ספר איז זייער הייליג, אבער דער צדיק - דער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו - איז נאך אסאך גרעסער פון דעם ספר.


אויך האט מוהרא"ש מקובל פון ברסלב'ער חסידים אז איינער פון די אכט זקנים וואס האבן געדענקט וואס האט זיך געטון מיט זיי איידער זיי זענען געבוירן געווארן (די מעשה פון די זיבן בעטלערס, די ערשטע טאג), איינע פון זיי איז דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק, וואס רבי נתן איז מסביר (לקוטי הלכות תפילין, הלכה ה) וואס זיי זענען אנטקעגן די אכט פרשיות פון תפילין.


אלע יארן פלעגן ברסלב'ער חסידים פארן קיין ליזענסק צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך. מען קען זען אין די אלטע צייטונגען פון פארן קריג ווי זיי באשרייבן: "די אומאנער חסידים קומען גאר אסאך קיין ליזענסק"; נישט נאר קיין ליזענסק, צו אלע קברי צדיקים זענען אנשי שלומינו געפארן, אלע יארן ווען עס איז נישט געווען אזא געפארעכץ צו קברי צדיקים, זענען אבער אנשי שלומינו געפארן.


לערן דעם רבינ'ס ספרים - וועסטו זען ווי שטארק באליבט דער הייליגער רבי איז געווען ביי די צדיקים, און אלע לשון הרע'ס וואס איז דא אויפן רבי'ן - איז נאר פון איין בעל מחלוקות, וואס ער האט געמאכט די גאנצע מחלוקות און פון דעם ליידן מיר און מען פארשעמט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1868 - מעג מען אויסלערנען פאר קינדער צוריק צו שלאגן?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און הדרכה, ספעציעל וועגן חינוך הילדים, אלס א מאמע צו מיינע טייערע קינדערלעך העלפט מיר דאס זייער אסאך ארויס, און צוביסלעך כאפ איך מער און מער ווי אזוי מען דארף רעדן און האנדלען מיט די קינדער.


איך האב געהערט א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט איבער א פעשע אינגל וואס האט געזאגט פאר מוהרא"ש אז קינדער טשעפען אים, און מוהרא"ש האט אים געזאגט אז ער זאל טיילן פעטש, און פון דעמאלט האט מען אים אויפגעהערט טשעפען, דער ראש ישיבה שליט"א האט מסביר געווען אז ווען א קינד האט נישט קיין זעלבסזיכערקייט לאזט ער זיך טשעפען און שלאגן פון יעדן איינעם, און מען דארף אים געבן די שטארקייט.


איך בין נישט קלאר אין דעם, איז דאס די וועג בכלליות אזוי אויסצולערנען פאר קינדער, צום ביישפיל אויב איז דא א מיידל וואס ציפט כסדר מיין טאכטער, זאל איך אויסלערנען מיין מיידל איר צוריק צו געבן א ציפ? אויב א צווייטע מיידל טאנצט ארויף אויף איר, זאל זי איר צוריק טון די זעלבע?


איין טאג האט מיין אינגל מיר דערציילט אז אנדערע קינדער האבן אים געטשעפעט און חוזק געמאכט, סתם קינדעריש גערעדט נאריש, און איך האב אים געזאגט אז ער קען צוריק טון די זעלבע זאך פאר זיי, ער האט זייער הנאה געהאט פון דעם געדאנק, מיין שאלה איז נאר אויב איז טאקע ריכטיג אזוי אויסצולערנען פאר קינדער, צו נקמה נעמען און שלאגן? עס זעט מיר נישט אויס ווי דאס איז א וועג ווי א איד מעג זיך פירן.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן די ריכטיגע הדרכה אין דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי און אודאי דארף מען אויסלערנען די קינדער מידות טובות און נישט טון נקמה, אבער אז עס קומט א קינד מיט שלעכטע נאטורן און טרעפט א שוואכע קינד און טוט אים מזיק זיין - דארף מען זיך אליין ראטעווען, און עס שטייט קלאר אין די פוסקים (חושן משפט סימן תכא, סעיף י): "יש לו רשות לשני לחבול, כדי להציל עצמו בו", מען מעג יענעם שעדיגן כדי זיך צו באשיצן.


אז אייער זון אדער טאכטער דערציילט טאג נאך טאג אז א קינד טוט אים רודפ'ן - דארף מען דאס קודם פעסטשטעלן אויב איז דאס נישט קיין דמיון, און אז מען זעט אז דאס איז אמת - פרובירט מען מיט גוטן, אדער רעדט מען צו יענעמ'ס עלטערן, אדער איז מען יענעם משחד מיט נאשערייען, און אז עס העלפט נישט - דארף מען אויסלערנען דאס קינד זאל יענעם געבן טועם זיין פון די מאכלים וואס ער קאכט.


מוהרא"ש זכות יגן עלינו האט דערציילט, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט אמאל אפגעשטעלט דאס אויפנעמען די מענטשן, ווען א פרוי איז אריינגעלאפן מיט א געוויין אז איר מאן שלאגט איר און דער רבי געררופן דעם גבאי ר' יוסל אשכנזי ער זאל שוין גיין רופן איר מאן. ווען ער איז געקומען האט דער רבי גענומען דעם שטעקן, ער האט אים אנגעהויבן געבן מכות און געזאגט: "מן הסתם האסטו נאך קיינמאל נישט פארזוכט קלעפ, וויל איך דו זאלסט שפירן ווי אזוי דאס שפירט ווען דו שלאגסט דיין ווייב".


אזוי אויך ביי קינדער, אמאל קען זיין אז די קינדער וואס שלאגן, ציפן און טשעפען האבן נאכנישט פארזוכט דעם טעם, דארף מען זיי דאס געבן צו שפירן.


לערנט אויס אייערע קינדער קיינמאל נישט טשעפען אנדערע, קיינמאל נישט וויי טון אנדערע, און אויב איינער האט וויי געטון אדער געטשעפעט - טאר מען נישט מאכן קיין נקמה, אבער בשעת מעשה ווען איינער שלאגט, ציפט - מעג מען זיך באשיצן.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר גוטע קינדער. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט ער געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפולט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1867 - מעג א טאטע טוישן אדער באדן זיין קליין מיידל?
שלום בית, צניעות, קינדער, לימוד התורה, מורה דרך, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, חברים, סדר דרך הלימוד, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף אלע בריוו יעדע וואך אין עצתו אמונה, און פאר דעם גליון פון חינוך, איך ליין עס יעדן שבת, און דאס איז ממש מיין עונג שבת, איך ווארט יעדע וואך אויף דעם. ברוך ה' אז צוביסלעך קום איך צוריק צו די כוחות, און איך קען ווייטער אנהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד און דאווענען יעדן טאג די דריי תפלות.


איך האב ברוך ה' א קליין מיידעלע, שוין א יאר אלט, און לעצטנס הער איך פון ארומיגע מענטשן אז עס פאסט נישט פאר א טאטע צו באדן די מיידל, אדער צו איבערטוישן די מיידל, אדער אפילו צו בעביסיטן די מיידל, ווען מיין ווייב דארף הילף.


איך האב קיינמאל נישט געהערט פון מוהרא"ש אז עס זאל זיין א פראבלעם מיט דעם. פארקערט, מוהרא"ש האט אלץ גערעדט אז מען דארף העלפן אין שטוב. האב איך געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו דאווענסט די דריי תפילות יעדן טאג, שחרית מנחה מעריב, און זיי מקפיד צו גיין אין שול דאווענען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "בְּשָׁעָה שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בְּבֵית הַכְּנֶסֶת", ווען דער אייבערשטער קומט אין שול, "וְלֹא מָצָא בָּהּ עֲשָׂרָה", אין זעט אז עס איז נישטא קיין מנין, "מִיָּד הוּא כּוֹעֵס", ווערט דער אייבערשטער בכעס, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נ, ב): "מַדּוּעַ בָּאתִי", פארוואס בין איך געקומען, "וְאֵין אִישׁ", ווען עס איז נישטא קיין מענטש? "קָרָאתִי", מען רופט מיך, "וְאֵין עוֹנֶה", און איך ענטפער נישט; זאגן די הייליגע צדיקים, ווען דער אייבערשטער קומט אין שול און זעט ווי מען דאווענט מיט מנין - איז נישטא קיין כעס נאר דער אייבערשטער פון דעם א נחת רוח. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שם ז:) אויפ'ן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן" ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט.


אויך פריי איך זיך אז דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן, איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג די בלאט גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְּלִפָּה הַמְחַטֲאַת אֶת הָאָדָם בִּפְגַם הַבְּרִית שֶּׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'", ווען א מענטש לערנט גמרא - פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; א שאד אז מענטשן ווייסן נישט פון סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז מען קען לערנען אפילו אן פארשטיין; ווייל ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון א בלאט גמרא אפילו אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער - וואלט יעדער איינער געעפנט די הייליגע גמרא און געלערנט.


בנוגע דיין פראגע וכו'; קענסט שמועסן מיט חברים, פארברענגען מיט מענטשן, אבער דעות - זאלסטו אויסהערן נאר פון צדיק, און אודאי און אודאי ווי אזוי אוועק צו שטעלן דיין שטוב - זאלסטו נאר אויסהערן דעם צדיק.


דער צדיק זאגט העלף אין שטוב, באד די קינדער, בעבי-סיט די קינדער און טויש די קינדער; נישט נאר מען מעג, נאר א טאטע מוז העלפן באדן די קינדער און טוישן די קינדער; איז וואס דארפסטו זיך מבלבל זיין פון אנדערע?


וואויל איז דעם וואס העלפט אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1866 - מעג איך מעביר סדרה זיין אין קלאס בשעת די קינדער דאווענען?
מעביר סדרה, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד און איך האב געוואלט פרעגן אויב איך מעג מעביר סדרה זיין אין קלאס בשעת ווען די קינדער דאווענען, אדער דארף איך האלטן א וואכזאם אויג אויף די קינדער די גאנצע צייט, און איך קען נישט דערווייל אריינקוקן אין א ספר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, א מלמד איז זייער א חשוב'ע ארבעט, זייער א הייליגע ארבעט, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן.


דער רמב"ם פסק'נט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ב): "וְאֵין מְבַטְּלִין הַתִּינוֹקוֹת, וַאֲפִלּוּ לְבִנְיַן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ", מען טאר נישט מבטל זיין קינדער פון לערנען תורה - אפילו מען דארף זיי האבן צו העלפן בויען דעם בית המקדש; אינטערעסאנט אז דער רמב"ם זאגט איבער די הלכה נאכאמאל (פרק א' מהלכות בית הבחירה, הלכה יב): "וְאֵין מְבַטְּלִין תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן לַבִּנְיָן", מען טאר נישט שטערן די קינדער פון לערנען, אפילו מען דארף זיי האבן צו בויען דעם בית המקדש; ווערט געברענגט פון צדיקים אז דאס איז צוויי באזונדערע זאכן, דער רמב"ם לערנט אונז צוויי דינים, איינס אז קינדער דארפן לערנען תורה יעדן טאג און טארן זיך נישט מבטל זיין פאר גארנישט, דאס איז אן הלכה אין הלכות תלמוד תורה, צווייטנס ווי אזוי בויט מען אויף דעם בית המקדש? דורך לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן, די הלכה איז אין הלכות בית הבחירה.


א מלמד טאר נישט איבערלאזן די קינדער און ארויסגיין פון כיתה, אבער אז מען איז אין כיתה און די קינדער דאווענען אדער חזר'ן וואס זיי לערנען - מעג דער מלמד לערנען אדער זיך מתבודד זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1865 - זאל איך בארגן געלט אז מיין ווייב זאל קענען האבן א רוימערקע?
חובות, שלום בית, הכרת הטוב, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט און איך קען אפילו נישט אנהויבן צו דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף די שיינע לעבן וואס איך האב באקומען פון די שיעורים און די בריוו, אז איך בין זוכה צו לערנען תורה יעדן טאג, אז איך בין געווארן א רואיגער און פרייליכער מענטש, מיין גאנצער בליק אויפ'ן לעבן האט זיך געטוישט מקצה אל הקצה, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט א תכלית אויף דער וועלט, אריינצוכאפן תורה ומצוות און מעשים טובים, עס גייט מיר נישט אריבער א טאג וואס איך זאל נישט טראכטן כאטש אפאר מאל אז איך גיי נישט בלייבן דא אויף אייביג, ממילא לאמיך אריינכאפן גוטע זאכן, אמאל פלעג איך ציטערן נאר פון טראכטן פון דעם, די סעודות שבת קודש איז געווארן די געשמאקסטע זאך ביי אונז אין שטוב, די שלום בית איז געווארן גאר אנדערש, און אזוי ווייטער און ווייטער, עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע מתנות וואס איך האב באקומען פון ראש ישיבה שליט"א, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט, און האבן די כוחות ממשיך צו זיין אויפצולייכטן אלע אידישע שטיבער.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט איבער די הארבקייט פון האבן חובות, איך בין ברוך ה' א מענטש וואס בטבע בארג איך נישט קיין געלט פון קיינעם, אבער פון די אנדערע זייט איז אונז זייער וויכטיג צו נעמען א רוימערקע אין שטוב, כאטש איינמאל א וואך, ארויסצוהעלפן מיין ווייב מיט די ארבעט, עס קומט מיר אן זייער שווער עס צו צאלן, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז איך וועל טון די ארבעט אנשטאט די רוימערקע, אבער מיין ווייב וויל נישט, זי זאגט אז עס פאסט נישט איך זאל עס טון, ממילא האב איך געדארפט בארגן געלט די לעצטע צוויי וואכן פאר דעם, איך האב עס שוין באצאלט ברוך ה', אבער איך וויל וויסן אויף ווייטער אויב ס'איז ריכטיג צו בארגן געלט פאר דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי און אודאי זאל דיין ווייב נעמען א רוימערקע, און אז דו האסט נישט קיין געלט, מעגסטו בארגן - אזוי וועסטו האבן עשירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", זייט מכבד אייער ווייב וועט איר ווערן רייך; אז מען איז מכבד די ווייב - דאס ברענגט שפע אין שטוב, און אויך אז מען מאכט איר פרייליך, מען געבט איר גוטע ווערטער - דאס ברענגט השראת השכינה אין שטוב, נאכדעם האט מען שוין אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1864 - איז דא אן היתר פאר מיר צו מעגן קוקן מאוויס?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, מאוויס, שמחה, תשובה, נסיונות, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ס'האט זיך מיר אלעס געלוינט פאר די ווארעמע שיינע בריוו וואס איך האב באקומען, די ווערטער האבן מיר געגעבן אסאך חיזוק און אסאך התרגשות. טרערן האבן געגאסן פון מיינע אויגן ווען איך האב געליינט וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן. אמן אויף אלע גוטע ברכות, און א גרויסער יישר כח, דער גרעסטער טעראפיסט קען נישט אויפטון וואס דער דער ראש ישיבה קען.


אויך האב איך געוואלט מזכיר זיין אז איך בין זייער צעבראכן און דעפרעסט, איך בין נישט פרייליך, עכט דארף איך זיין אזוי פרייליך א גאנצן טאג. נאך א זאך וואס איך האב געוואלט איבערגעבן פאר'ן ראש ישיבה, אז איך הער נישט אויף צו זוכן פון אונטער דער ערד וואו איך קען טרעפן עפעס א שטיקל מאווי, עפעס א ברעקל עבירות, רחמנא ליצלן. איך זיץ שעות אויף שעות און איך פרוביר צו העקן די פילטער; איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, פארוואס ציעט מיך אזוי שטארק צו שלעכטס און צו עבירות?! איך שעם זיך פון מיר אליין, פארוואס קען איך זיך נישט איינהאלטן פון זוכן שמוץ? פון צוריק אריינקריכן אין בלאטע?! איך ווייס אז ס'איז נישט גוט פאר מיר, איך ווייס ווי שעדליך און עקלדיג עס איז פאר מיין לעבן, פאר מיין נשמה, אבער איך האב עס נאכאלץ אזוי ליב, איך האב אזוי ליב צו וואטשן און קוקן פאלשע זאכן.


אפשר מעג איך צוריק אנהויבן קוקן מאוויס? ווייל ס'העלפט מיר סיי ווי נישט, נישט קיין חילוק אז ס'איז דא א פילטער, און איך האב שוין אוועקגעווארפן מיין סמארטפאון און מיין די.ווי.די. פלעיער און אלע מאוויס וואס איך האב צוזאמגעקויפט. אבער יעדעס מאל וואס איך ווארף אוועק א שלעכטע זאך, בענק איך זיך נאכדעם צוריק צו מאוויס, נאך מער פון פריער, און איך זוך א נייע וועג צוריק צו מיין מאוויס.


וואס איז די עצה? איז דען דא א וועג ארויס פאר מיר פון מיין עדיקשן? איך וויל זיין אמת'דיג, איך מיין הארץ האף איך אז דער ראש ישיבה זאל מיר ענטפערן אז איך מעג קוקן מאוויס. איך חלום פון מאוויס, איך חלש פאר מאוויס! גארנישט אינטערעסירט מיך מער ווי מאוויס, מיין גאנצע מח און מחשבה איז נאכאלץ מאוויס. וואס טוט מען?


אפשר בין איך שולדיג, ווייל איך זאג נישט יעדן טאג די תפילה וואס דער ראש ישיבה האט מיר געשריבן שוין פיר יאר צוריק? איך הויב אן פון יעצט עס צוריק צו זאגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר ווילט איך זאל אייך געבן אן היתר צו קוקן מאוויס? ווי קען איך דאס טון? איך וויל עס זאל אייך גוט זיין, איך וויל איר זאלט זיין פרייליך און האבן א פארגעניגן פונעם לעבן, וואס דאס קען נישט גיין אינאיינעם מיט קוקן מאוויס; ווייל יעדע קליפ און יעדע מאווי פון עבירות, פון קוקן די געמאכטע פאלשע ליבשאפט פון פרעמדע וכו' - שטערט דאס לעבן, און מאכט בעצבות און מרה שחורה; איך וויל אייך ענדערש געבן חיזוק אויף נישט קוקן און וועלן וועלן נישט קוקן קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאגט אונז (במדבר טו, לט): "וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם", מיר זאלן נישט קוקן קיין עבירות; ווייל דער אייבערשטער וויל אז מיר - אידישע קינדער - זאלן זיין פרייליך און האבן א פארגעניגן פונעם לעבן, און נאר אז מען היט די אויגן און מחשבה - קען מען זיין פרייליך, האבן א פארגעניגן פונעם לעבן.


די תפילה וואס איך האב אייך געשיקט שוין פיר יאר צוריק, וואלט איר דאס געזאגט יעדן טאג - וואלט איר שוין לאנג געווען באפרייט, איר וואלט שוין לאנג געווען פרייליך און געלעבט מיט אייער טייערער מאן; נאר וואס דען? אז מען קוקט עבירות - ווערט מען אזוי צעבראכן און צעקלאפט, מען גלייבט מער נישט אין זיך אליין, מען גלייבט מער נישט אז מען האט א כח צו צעברעכן די שווערסטע עדיקשנס.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך אין תפילה; בעטס דעם אייבערשטן טאג נאך טאג ער זאל אייך העלפן קענען היטן די אויגן און אייך פרייליך מאכן.


דא האט איר א פרישע תפילה און אז איר וועט דאס זאגן וועט איר זוכה זיין צו ווערן א גרויסע צדיקת:


אנא השם, העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן; איך בין אזוי איינגעזינקען אין די עבירה פון קוקן מאוויס, איך קען נישט אויפהערן קוקן די עקלדיגע זאכן, איך בין אזוי צוגעקלעבט צו דעם אז איך וויל אפילו נישט טראכטן אז איך גיי איין טאג אויפהערן דאס קוקן, איך מיין אז דאס וויל איך.


הייליגער באשעפער, איך בין אזא רחמנות, נישטא נאך אזא רחמנות ווי מיר; איך בין א אידישע מאמע, איך האב טייערע ליכטיגע קינדערלעך מיט א טייערער מאן, און איך מיט מיין מח, מיין הארץ, אלעס פון מיר - איז נאר אין איין זאך, אין מאוויס; איך בין ממש קראנק צו קוקן עקלדיגע זאכן, אנשטאט איך זאל לעבן מיט מיין משפחה, מיט מיין מאן - מיט ליבשאפט - לויף איך צום טעלעפאן, צום קאמפיוטער און איך פארשמיר מיין נשמה.


אנא השם, העלף מיר, ראטעווע מיר פון די קליפות און פון די נישט גוטע; איך בין דאך א איד און איך וויל זיין גוט, איך האב א נשמה, איך שפיר ווי עס ציט מיר א גאנצע צייט צוריק צו די מאוויס, אבער עכט עכט, טיף טיף - בענקט מיין הארץ צו דיר, מיין נשמה וויל זיין א ריינע, א לויטערע; אנא השם, מאך מיר א נס איך זאל שוין זיין ערליך און הייליג.


אנא השם, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל דיך שפירן, איך וויל זיין פרייליך, איך וויל לעבן מיט מיין מאן. הייליגער באשעפער, העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות רבינו נחמן בן פיגא ורבי נתן תלמידו ורבינו אליעזר שלמה ברסלבער - זכותם יגן עלינו - זאל איך זוכה זיין צו תשובה טון און זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1863 - מעג א פרוי נעמען א שויער אין די ניין טעג?
הלכה, חיזוק פאר פרויען, בין המצרים, ניין טעג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מעג א פרוי נעמען א שויער אין די ניין טעג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ד תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די פוסקים זאגן אז פרויען מעגן זיך שויערן אין די ניין טעג, אבער מען דארף אכטונג געבן נישט זיך צו פארזוימען, מאכן א קורצע שנעלע שויער.


מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה פלעגט אזוי פסק'נען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1862 - מעג מען האקלען אום ראש חודש?
חיזוק פאר פרויען, ראש חודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט וויסן מעג מען האקלען אום ראש חודש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר פירן זיך נישט צו נייען און נישט האקלען אום ראש חודש; ראש חודש איז א יום טוב פאר אידישע קינדער ובפרט פאר די פרויען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק מה): "נָתַן לָהֶן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שְֹכָרָן בָּעוֹלָם הַזֶּה, שֶׁהֵן מְשַׁמְּרוֹת רָאשֵׁי חֳדָשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", די פרויען האבן נישט געוואלט געבן זייער צירונג צו מאכן די עגל, און וויפיל די מענער האבן זיך געבעטן זיי זאלן געבן זייערע רינגלעך און קייטלעך האבן זיי נישט געוואלט (עיין במדבר רבה כא, י) - האבן זיי באקומען ראש חודש פאר א יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#1861 - ווי אזוי וועלן מיר קענען באצאלן די הוצאות פון נאך קינדער?
רפואה, קינדער, מורה דרך, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי מיר האבן שוין ברוך ה' דריי קינדערלעך, און איך וויל זייער האבן נאך קינדער, אבער מיין מאן האט נישט קיין געהעריגע אוועקגעשטעלטע פרנסה, יעדע פאסטן וואס ער נעמט ווערט ער באצאלט ווייניגער פון אונזערע חודש'ליכע הוצאות, אויסער דעם וואס מיר האבן נאך אויך אסאך חובות צו באצאלן. איז די שאלה אויב מיר מעגן האבן נאך קינדער, ווען מיר ווייסן נישט ווי אזוי מיר וועלן קענען דעקן די פרישע הוצאות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער ברענגט פרנסה, קינדער ברענגט ברכה, קינדער ברענגט אלעס גוטס; כל זמן מען איז געזונט פיזיש און גייסטיש, די מאמע האט כח - וועלן די קינדער נאר ברענגען שפע, ברכה והצלחה. צדיקים טייטשן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "בא זכר בעולם בא ככרו בידו", אז א קינד ווערט געבוירן - קומט ברויט, עס קומט שפע.


נאר אויב די מאמע איז נישט ביי די כוחות - דעמאלט דארף מען דאס דורכרעדן מיט א גרויסער רב, אן ערליכער רב און טון וואס די תורה זאגט, אבער אויב איז די זאך געלט - איז פונקט פארקערט, נאר דורך קינדער וועט מען זיין געבענטשט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1860 - ווען איך ווער געהאלפן מיט איין זאך, וועט גלייך אנקומען נאך א צרה?
תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, תודה והודאה, חכמות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געשמועסט מיט א חבר פון היכל הקודש, און ער זאגט מיר אז די גאנצע סיבה פארוואס א מענטש האט פראבלעמען איז נאר ווייל דער אייבערשטער וויל מען זאל רעדן צו אים, און אין די מינוט וואס עס גייט אוועק גיין די פראבלעם וואס מאכט מיך יעצט רעדן צום אייבערשטן, וועט גלייך קומען א צווייטע זאך וואס וועט מיך מאכן רעדן צו אים.


איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס ארבעט. אויב איז דאס טאקע אזוי, וואס איז דעמאלט די גאנצע פשט פון בעטן דעם אייבערשטן אויף זאכן וואס שטערן מיך, אויב עס גייט סיי ווי קומען פרישע פראבלעמען? עס איז שוין גריגער אפשר אז מען בעט נישט און עס בלייבט אזוי ווי עס איז? סתם בעטן עס זאל אוועקגיין, אז עס זאל קומען נאכדעם אן אנדערע פראבלעם?!


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט פאר מיר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן נאר איין זאך, דער אייבערשטער פירט דער וועלט, ער טוט אלעס און מאכט אלעס און אלעס וואס ער טוט איז נאר פאר אונזער טובה, און אז מיר פארשטייען נישט פארוואס מען דארף אריבערגיין וואס מען גייט אריבער - איז דאס אויך פאר אונזער טובה.


נעם אריין אמונה אין זיך - וועט דיר אלעס זיין גרינגער. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה", ווער עס האט אמונה, "חַיָּיו חַיִּים", דער לעבט א לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", אלעס גייט גרינגער און עס איז אים שטענדיג גוט, "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל, "בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ", און אפילו ווען עס איז נישט אזוי, "דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר", ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, "וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם", און ער ליידט יסורין חס ושלום, "גַּם כֵּן טוֹב", איז אים אויך גוט,"כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן. ווייל אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס - איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר, "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה - דער האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים איבער עפעס שלעכטס - האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה - האט א שיינע זיסע לעבן.


לאז זיך אפ פון די אלע שטותים וואס זעען אויס ווי חכמות, דו בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס טוט דיר וויי און אין די זעלבע צייט זאלסטו אים דאנקען, און עס אזוי נאריש צו זאגן אויב די זאך וואס דו בעטסט וועט אוועק גיין וועט קומען אן אנדערע צרה; דו בעט דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות וואס דו דארפסט און אויך דאנק אים פאר אלע גוטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1859 - וואס קען איך געבן פאר די קינדער צו טון נאך חדר?
שלום בית, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב צוויי בחורים און א גרויסע אינגל, און איך מוטשע זיך וואס זיי צו געבן צו טון נאך חדר און ישיבה. אביסל ליינען זיי, אביסל העלפן זיי, און אביסל שפילן זיי, אבער עס בלייבט נאכאלץ איבער אסאך צייט וואס זיי גייען ממש ליידיג. זיי שטייען אויף מיין ווייב'ס קאפ, און אלעס ווערט אנגעצויגן. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער עס וויל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, ערליכע דורות, איז דא איין עצה - תפילה; בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם.


מוהרא"ש ברענגט זייער אסאך אין די בריוו די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח) "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד", עס איז געווען א כהן, "שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר", זייער אן ערליכער איד, "וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת", ער האט געהאט צען קינדער, "שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים", ער פלעגט יעדן טאג זיך אראפווארפן אויף דער ערד, וויינען און בעטן דעם אייבערשטן, "וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר", ער פלעגט אויפלעקן דער ערד מיט זיין צינג (דאס איז אן אויסדרוק ווי איינער פארפירט און וויל עפעס פועל'ן) - "כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און קיינער זאל נישט צוקומען צו קיין עבירות, "אָמְרוּ, לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית", און מען דערציילט אויף אים, עס איז נישט אריבער קיין סאך צייט, נאך א קורצע צייט, "עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם", האט עזרא הסופר צוריק געברענגט אלע אידן קיין ארץ ישראל און אויפגעבויט דעם בית המקדש, און דער איד איז אויך געווען פון די וואס זענען צוריק געגאנגען קיין ירושלים, "עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש. און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.


העלף דיין ווייב מחנך זיין די קינדער, קום אהיים צייטליך העלפן לייגן שלאפן די קליינע קינדער און מיט די עלטערע קינדער זאלסטו פארברענגען און זיי אויפבויען; חינוך הבנים והבנות איז זייער א הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1858 - זיך פירן מיט די חומרות פונעם מאן, אדער פון די עלטערן?
שלום בית, כשרות, כיבוד אב ואם, מנהגים, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געענטפערט פאר א פרוי וואס איר מאן איז מקפיד אויף געוויסע חומרות, אז ווען זיי גייען צו אירע עלטערן - וואו מען איז נישט מקפיד אויף די חומרות - זאל מען זיך פירן אזוי ווי מען פירט זיך דארט, צוליב כיבוד אב ואם, דארט איז נאר דא די חומרא פון כיבוד אב ואם.


האב איך געוואלט פרעגן אויף דעם, ווייל איך האב געוואוסט אלעמאל אז א פרוי נאך די חתונה דארף נאכגיין די מנהגים און חומרות פון איר מאן, אפילו אירע עלטערן פירן זיך אנדערש, און עס איז נישטא ביי דעם כיבוד אב ואם. וויל איך פארשטיין וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג זיך צו פירן ביי דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן צו מכבד זיין עלטערן, סיי די אייגענע עלטערן און סיי די שווער און שוויגער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין א, ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", די מצוה פון כיבוד אב ואם איז זייער גרויס, ווייל מיר געפינען, "שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין אים אליינס.


זייער גוט זיך צו מאכן גדרים וסייגים וואס מען עסט, וועלכע הכשר און אזוי ווייטער, אבער ווען מען גייט צו די עלטערן - פירט מען זיך אזוי ווי זיי, און ווען מען גייט צו די ווייב'ס עלטערן - פירט מען זיך אזוי ווי זיי. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תוספתא ברכות ב, כב): "הלל הזקן אומר אל תראה ערום, אל תראה לבוש, אל תראה עומד, אל תראה יושב, אל תראה שוחק, אל תראה בוכה"; מען זאל נישט זיין אנדערש וואו מען געפינט זיך.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו וואס זיי האבן געהאט חומרות, זיי האבן אכטונג געגעבן אויף נישט עסן פלייש, און מוהרא"ש האט זיי געזאגט, ווען זיי גייען צו די עלטערן זאלן זיי עסן וואס מען לייגט זיי אין טעלער, (פארשטייט זיך ערליכע עלטערן וואס עסן מיט ערליכע הכשרים).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.