שאלה אין קורצן ענין
#632 - ס'איז ממש א גיהנום ביי אונז אינדערהיים, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך לעב אין זייער א שווערע מצב. מיין טאטע קריגט זיך זייער אסאך מיט מיין מאמע, ער ווארפט זאכן אויף איר, ער זאגט איר מיאוס'ע ווערטער און פארשעמט איר, ער זוכט ממש מיט לעכט ווי אזוי ער קען איר מער און מער וויי טון. מיין מאמע וויינט א גאנצן טאג, עס איז איר נמאס דאס לעבן, אזוי ווייט אז זי מאכט סגולות פאר פערציג טעג אז זי זאל שוין שטארבן רחמנא ליצלן.


למעשה איז נישטא קיין לופט אין שטוב, גארנישט ווערט געטון, און אלעס פאלט נאר אויף מיינע פלייצעס. איך בין נישט מער פון זיבעצן יאר, און איך האב אלעס געדארפט אליין פסח'דיג מאכן פאר פסח, און איך ווייס אז די הויז איז נישט געווען הונדערט פראצענט פסח'דיג, אבער וויפיל קען איך דען טון אליין?


איך דארף ליבשאפט, אבער מיין טאטע רעדט צו מיר ווי א נאצי, מיט א געפערליכע שנאה, מיט ווערטער וואס שטעכן מיר אין די נשמה אריין.


אסאך מאל שפיר איך אז ס'איז ממש עק וועלט, אבער דאן הער איך א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר צוריק אביסל לופט צו אטעמען.


דער ראש ישיבה שליט"א געבט עצות פאר אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע ווי אזוי זיי זאלן קענען זיך צוריק שטעלן אויף די ריכטיגע וועג, אבער איך דארף אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע.


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב ס'איז א ריכטיגע זאך זיך אליין צו געבן גוטע ווערטער און קאמפלימענטס, ווי למשל אז איך בין שיין און אז איך קען גוט קאכן, און אזוי ווייטער.


אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי איך האב זיך געמאכט א תפלה צעטל אויף א חתן, און איך האב אריינגעשריבן אלע קליינע דעטאלן וואסערע סארט חתן איך וויל האבן, איינער האט מיר אבער געזאגט אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, נאר מ'דארף בעטן, "באשעפער געב מיר וואס ס'איז גוט פאר מיר", וויל איך וויסן וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג.


נאך איין שאלה, איך קען נישט אינזין האבן ווען איך דאווען, זאל איך דאווענען בלויז מיט'ן זאגן די ווערטער אן טראכטן? אדער איז דאס גארנישט ווערד?


ביטע זייט מתפלל פאר מיר, אויך אין אומאן, ווייל איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות נישט אויפצוגעבן. העלף ווייטער אין שטוב מיט וואס מען דארף, פארליר זיך נישט און געב נישט אויף דיין לעבן. נאך אביסל וועסטו מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף טרעפן דיין שידוך, דו וועסט חתנה האבן און האבן א שטוב מיט קינדער. אז דו וועסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן וועלן דיינע קינדער דיר אויך מכבד זיין און ברענגען נחת.


איך מוז דיר זאגן אז דעם רבינ'ס וועג איז נישט בעטן אויף שטארבן השם ישמרינו, אנשטאט מאכן תפילות און סגולות מען זאל שוין שטארבן חס ושלום דארף מען מאכן תפילות אז אלע זאלן תשובה טון. טו וואס ברוריה - די ווייב פון דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס - האט געטון ווען מען האט איר געפייניגט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות י.) אז דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס האט געהאט צו טון מיט שלעכטע מענטשן וואס האבן אים געפייניגט, ביז דער הייליגער תנא האט שוין נישט אויסגעהאלטן פון זיי האט ער געבעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן שטארבן, האט אים זיין ווייב – ברוריה – געזאגט: "פארוואס דאוונסטו זיי זאלן שטארבן, ענדערש בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן תשובה טון!" דער הייליגער תנא רבי מאיר האט אנגענומען זיין ווייב'ס ווערטער און ער האט אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן אויף די שלעכטע מענטשן אז זיי זאלן תשובה טון און זיי האבן תשובה געטון.


בנוגע אז קיינער געבט דיר נישט קיין גוטע ווערטער וכו'; געב א קוק וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פון זיינע יונגע יארן ווען ער האט זיך שטארק געמוטשעט צו דינען דעם אייבערשטן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ", אז אויב וואלט ער געהאט איינעם וואס זאל אים זאגן אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן: "אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", ברודער שטארק זיך און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט ער זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", און קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער.


טו אלעס אויף דער וועלט זיך אויפצוהייבן; אז דאס וועט דיר פרייליך מאכן - ווען דו זאגסט זיך אליינס גוטע ווערטער - זאלסטו דאס טון. טו אלעס אבי צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", מען דארף זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל", מען זאל זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען נאר, "וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", אפילו מיט נארישקייטן - אבי צו זיין פרייליך.


בעט ווייטער דעם אייבערשטן אז דו זאלסט טרעפן א שידוך און בעט אויף אלע איינצעלהייטן וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך מיט אלע מעלות טובות, דער עיקר זאלסטו בעטן אויף אן ערליכער מאן מיט גוטע מידות און פאר קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן. דאס דארף זיין דער עיקר תפילות פון א אידישע פרוי, זי זאל זוכה זיין צו ברענגען קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


מיט תפילה וועסטו אלצדינג פועל'ן; קוק נישט אויף דאס וואס דער יצר הרע זאגט דיר אז דיין דאווענען איז נישט ווערד ווייל דו האסט נישט אינזין, דו דאווען ווייטער צום אייבערשטן, בעט אים אויף דיין מאמע לשון אזוי ווי דו רעדסט צו א חברט'ע, וועסטו זוכה זיין ארויסצוגיין פון אלע פראבלעמען און טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#631 - וואס טוט מען מיט א בחור וואס האלט ביי גארנישט?
חינוך הילדים, סבלנות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די אלע שיינע חיזוק בריוו און דרשות וואס איר געבט אונז, עס גיבט אונז אסאך עצות און הדרכה.


מיר ווילן זיך דורכשמועסן וויאזוי צו האנדלען מיט אונזער בחור, וואס איז יעצט אהיים געקומען פון ישיבה אין אויסלאנד, און מיר ווייסן נישט וויאזוי צו האנדלען מיט אים. מיר וועלן אראפ לייגן בערך וויאזוי זיין טאג זעט אויס, און וואס עס געשעט דערפון. ער פארברענגט אין די נאכט אריין ביז גאר שפעט, און דערנאך שטייט ער אויף קוים אמאל כאפט ער שחרית צו חצות, און די גאנצע אטמאספער ווערט זייער אנגעצויגן, עס איז דא גאר אסאך ארבעט אין שטוב וואס ער קען ווען העלפן, אבער דא ליגט א בחור און שלאפט אין די טאג אריין, און עס מאכט די גאנצע אטמאספער געפערליך שווער, היינט האבן מיר אים געזאגט אז אויב עס וועט ווייטער אזוי אנגיין, וועט מען אים מוזן זוכן א הויז ביי א זיידע אדער א פעטער וואו ער וועט קענען שלאפן בין הזמנים, ווייל ביי אונז קען עס נישט ווייטער אזוי אנגיין.


מיר דארפן חיזוק וויאזוי און וואס מיר דארפן דא טון. און בכלל איז זיין אויפפירונג זייער אנטוישענד, ער פירט זיך צו אונז מיט געפערליכע חוצפה, ער שרייט צוריק, און טוט וואס אים געפעלט נאר, אן דעם וואס ער זאל זיך רעכענען מיט אונז. אין אלע זיינע פראבלעמען זענען אלע ארומיגע שולדיג, ער וועט קיינמאל נישט נעמען די שולד אויף זיך, און פרובירן צו פאררעכטן. בכלל איז ער זייער פארמאכט, מיר קענען זיך מיט אים נישט דורכרעדן, ווען מיר פרובירן צו דורכשמועסן מיט אים, וועט ער פשוט בלייבן שטיל, אדער נאך גאר זיך נעמען שרייען און באשולדיגן. מיר זענען פשוט באזארגט וויאזוי ער וועט קענען לעבן מיט א ווייב נאך די חתונה. וואס קענען מיר טון? אפשר קען אונז דער ראש ישיבה העלפן?


זיין טאטע און מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איין זאך זאלסטו גוט אריין נעמען אין דיר: "אין לעבן דארף מען האבן אסאך סבלנות, בפרט מיט קינדער"; מען דארף האבן אייזערנע נערוון מיט די קינדער נישט צו פארלירן די געדולד צו זיי. עס נעמט אסאך צייט ביז מען שניידט די פירות פון די קינדער, און אז מען האט סבלנות צו זיי שניידט מען שיינע פירות מען האט אסאך נחת פון זיי.


איך מוז דיר געבן אביסל מוסר כדאי דו זאלסט נישט פארלירן דיין בחור.


מיט אלע דיינע גערעכטע טענות וואס דו האסט אויף אים, דארפסטו וויסן אז מען רעדט מען נישט אזוי צו א קינד. אויב א קינד שטייט אויף שפעט זאגט מען אים נישט: "גיי זוך דיר א צווייטע פלאץ וואו צו שלאפן"; אז דיין בחור שלאפט אריין אין טאג ביז שפעט טאר מען אים נישט סטראשען אז ער וועט דארפן זוכן א פלאץ וואו צו שלאפן ווייל מען קען חס ושלום פארלירן דעם קינד; וואס טוסטו ווען ער זאגט דיר: "טאטע איך האב געטון וואס דו זאגסט, איך גיי אוועק פון שטוב"?! וואלסט דאס דאך נישט אויסגעהאלטן.


געב א קוק וואס טוט זיך אפ היינטיגע צייטן ביי די שענסטע שטובער, ווי קינדער לאזן אפ זייער משפחה. איך מיין אז די אנגעצויגענע לופט אין שטוב, די שווערע אטמעספער - קומט פון דיין צד. דו מאכסט די לופט אנגעצויגן, דו קוקסט אויף אים מיט א שלכעטע אויג - דאס מאכט אז ער זאל זיך נישט וועלן צושטעלן.


אודאי שלאפט ער ביז'ן טאג אריין; ער שפירט ווי מען איז נישט צופרידן פון אים און שפירט זיך איבעריג אין שטוב, נאכדעם איז ער צעבראכן און צעקלאפט אז ער שטייט אויף שפעט, וואס דאס אליינס מאכט אז ער זאל איבערדרייען וכו'.


יעצט איז נישט קיין צייט פון אנהייבן מחנך זיין; חינוך הייבט זיך אן ווען מען איז קליין, דעמאלט דארף מען ארויסנעמען פונעם קינד זיינע שלעכטע נאטורן מיט וואס ער איז געבוירן, דעמאלט איז די צייט פון דעם, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דאס קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; אבער ווען קינדער ווערן עלטער און מען האט שוין א בחור אין שטוב דארף מען זען עס זאל זיין נאר ימין מקרבת אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מז.): "לְעוֹלָם תְּהֵא שְׂמֹאל דּוֹחָה וְיָמִין מְקַרֶבֶת"; מען דארף ווייזן ליבשאפט, אז נישט קיין מען זיי אינגאנצן פאלירן.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר דו זאלסט טושן דיין צוגאנג אין שטוב מיט די קינדער; איך האב פשוט רחמנות אויף דיר און דיין ווייב און איך וויל נישט איר זאלט אים פארלירן השם ישמרינו. אז דו וועסט קוקן אויף אים גוט און ער וועט שפירן ווי טאטע מאמע האבן אים ליב און זענען צופרידן פון אים וועט ער אייך נאר ברענגען נחת.


ועל כולם זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אים און פאר אלע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#630 - וואס טו איך אז מיין ווייב שעצט נישט מיין שווערע ארבעט?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, עס געבט מיר אסאך כח צו קענען אנגיין אינעם טאג טעגליכן לעבן.


איך בין א אינגערמאן וואס ארבעט צוועלף שעה א טאג, זעכציג שעה א וואך, צו קענען אהיימברענגען פרנסה, און אויסער דעם פרוביר איך אויך צו העלפן אינדערהיים מיט די קינדער און מיט אלעס ארום, מער פון וויפיל איך קען.


למעשה שפיר איך אבער ווי איך באקום צוריק בלויז א שטויס פון מיין ווייב, ווי אזוי קען איך ווייטער אזוי אנגיין?


יישר כח, יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ח' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (יבמות סג.) אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", 'זָכָה' איז דער מענטש זוכה - 'עוֹזַרְתּוֹ', קריגט ער א העלפער, 'לֹא זָכָה' איז ער נישט זוכה - 'כְּנֶגְדּוֹ', קריגט ער א פרוי וואס גייט פארקערט פון אים; זעט מען פון דעם אז אלעס איז אנגעהאנגען אינעם מאן, אויב דער מאן טוט תשובה איז ער זוכה אז די ווייב העלפט אים, זי ווערט אים אן 'עוזרת', אבער אז מען טוט נישט תשובה דעמאלט איז זי אנטקעגן אים (ווי דו רופסט דאס - כאפט מען פונעם ווייב א שטויס), ווייל זי איז א חלק פון דיר, א ביין פיינע דיינע ביינער.


דער הייליגער בעל שם טוב האט אונז מגלה געווען אז ווען א מענטש זינדיגט 'במחשבה' וועט ער ליידן יסורים פון זיינע קינדער; אויב זינדיגט ער 'בדיבור', ער רעדט וואס מען טאר נישט דעמאלט וועט ער ליידן פון זיין ווייב, און אויב מען זינדיגט 'במעשה', דעמאלט ליידט מען פון מענטשן. דערפאר ווען א מענטש זעט אז ער ליידט פון זיינע קינדער, פון זיין ווייב און פון מענטשן, דארף ער גלייך תשובה טון אויף וואס ער האט געזינדיגט במחשבה, דיבור ומעשה, דורכדעם וועט אוועק גיין פון אים אלע צרות און ער וועט מער נישט ליידן קיין יסורים.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט האבן סבלנות ווייטער צו העלפן אין שטוב מיט וואס עס פעלט אויס. אפילו עס קומט דיר אן זייער שווער ווייל דיין ווייב אנערקענט נישט וואס דו טוסט, דאך זאלסטו ווייטער העלפן. דער הייליגער תנא זאגט (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", לויט ווי שווער עס איז אזויפיל שכר באקומט מען; זאלסטו זיך צוריק האלטן פון ענטפערן און פון זיך קריגן וועסטו זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען ביי דיר, דו וועסט האבן פרנסה בריווח און זוכה זיין צו אלעס גוטס.


האב סבלנות און פיר זיך ווייטער צו איר מיט ליבשאפט, אפילו זי איז דיר מצער. קוק ווי אזוי אונזערע חכמים האבן זיך געפירט מיט זייערע ווייבער, דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א שווערע שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר. ווען רב האט געזען ווי זיין רבי טראגט אהיים שיינע זאכן פאר זיין ווייב האט ער אים געפרעגט: "רבי איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגט דער רבי איר גוטע זאכן, זי איז דאך מצער דעם רבי'ן?!" האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער צו העלפן און עס זאל זיין ביי דיר נאר שלום.

#629 - וואס קען איך טון אויסגעהיילט צו ווערן פון הויט אויסשלאגן?
רפואה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג האבן eczema, אן אויסשלאג אויף די הויט, און ס'האט זיך אויסגעהיילט, אבער יעצט אפאר יאר שפעטער איז עס ווידער צוריק געקומען.


איך וויל וואס דער אייבערשטער ווייזט מיר מיט דעם, מיט וואס דארף איך זיך פאררעכטן? איז דא עפעס אין רבינ'ס ספרים וועגן דעם? קיין שום זאך קומט דאך נישט אויפ'ן מענטש פאר אומזיסט.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם די עצה פון רבי'ן וועסטו זיכער ווערן אויסגעהיילט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "כָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", קומט פון עצבות און מרה שחורה. "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה", אויך די דאקטורים זאגן דאס, "שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך; דעריבער האט דער רבי אונז אזויפיל מאל געזאגט און געבעטן און געווארנט אז מיר זאלן זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי הייבט אן דעם תורה: "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך אנשטרענגען אוועק צו נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות, ווייל שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך בתמימות ופשיטות ער זאל דיר שיקן א רפואה שלימה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (בראשית רבה נג, יד): "יָּפָה תְּפִלַּת הַחוֹלֶה מִתְּפִלַּת אֲחֵרִים עָלָיו, וְהִיא קוֹדֶמֶת לְהִתְקַבֵּל", די תפילות פון א חולה פועל'ט ישועות און רפאות; דערפאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר שיקן א רפואה שלימה. טו תשובה, זאג פאר'ן אייבערשטן אויף דיין שפראך: "אייבערשטער איך טו תשובה אויף אלעס וואס איך האב געטון, איך הייב אן פון יעצט צו זיין אן ערליכער איד, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע זינד און שיק מיר א רפואה שלימה", וועסטו זיכער בקרוב אויסגעהיילט ווערן.

#628 - פארוואס דארף מען אזויפיל בעטן אויף משיח?
תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, דאס איז ממש מיין לעבן, עס האט מיר אינגאנצן געטוישט צום גוטן, אין שלום בית, אין קדושה, און אין אלע ענינים.


איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א וועגן די עצה פון התבודדות, צו רעדן אסאך צום אייבערשטן, און אז איינער וואס טוט דאס איז באמת א גליקליכער מענטש. ברוך ה' אז אין זכות פון די שיעורים גייט ביי מיר נישט דורך א טאג וואס איך זאל נישט רעדן צום אייבערשטן. וויל איך אבער פרעגן פארוואס מיר בעטן אזוי סאך אז משיח זאל שוין קומען, אויב דער גאנצער תכלית איז נאר צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, איז דאך אזא מענטש שוין נישט אין גלות, וואס פעלט נאך אויס צו בעטן אויף משיח?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס דיבורים; דער רבי לערנט מיט אונז די לימודים וואס משיח וועט לערנען מיט אונז. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישט דא קיין חילוק, איין חילוק איז דא, ביי משיח וועט מער נישט זיין קיין בחירה און יעצט איז נאך דא די בחירה"; משיח צדקינו וועט אריין ברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים און מען וועט רעדן צום אייבערשטן.


דאס טוט דער רבי מיט אונז שוין יעצט, ער לערנט מיט אונז אז מיר זאלן נוצן דעם שווערד פון משיח. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ – הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט איינעמען וועט זיין נאר דורך תפילה; קיינער וועט נישט זיין פארנומען מיט א צווייטן, יעדער וועט טראכטן נאר פונעם אייבערשטן און מען וועט זיך נישט קריגן איינער מיט'ן צווייטן וואס דאס איז דער גלות וואס מיר ליידן, מען קריגט זיך איינער מיט'ן צווייטן.


מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויס צו גיין פון גלות; מוהרא"ש זאגט אז דער גאנצער גלות איז איין ווארט: 'מחלוקת'; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא סט:): "וַעֲדַיִן מְרַקֵּד בֵּינָן", אז די עבירה פון שנאת חנם איז נאך אלץ צווישן אונז.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג וויינען אויף מחלוקת, ער פלעגט זאגן: "דער גאנצער גלות איז אז עס איז דא פירודים צווישן אידישע קינדער"; די אשכנזים ווילן נישט די ספרדים און צווישן זיך איז מען אויך צעריסן און צעשלאגן וכו' וכו', אזוי אויך ביי די ספרדים, מ'וויל נישט די אשכנזים און צווישן זיך האט מען זיך אויך פיינט איינער דעם אנדערן. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר זענען אלע אויף איין שיף, די אומות העולם מאכן לעכער אינעם שיף און ווילן אונז חס ושלום דערטרענקען"; דארפ'ן מיר זיך העלפן איינער דעם אנדערן און נישט זוכן יענעם צו קלאפן, דאס איז דער גלות און אויף דעם בעטן מיר און ווארטן אז משיח זאל אונז שוין אויסלייזן פון די אלע קטנות'ער, און מיר זאלן זיך ליב האבן איינעם דעם צווייטן. אזוי ווי עס שטייט ביי די נבואה אויף די צייט ווען משיח וועט קומען (ישעיהו יא, ו): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", דער וואלף מיט די לעמעלע, דער לעמפערט מיט די ציגעלע וועלן זיצן צוזאמען, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א יונגע קאלב מיט א יונגע לייב וועלן גיין צוזאמען, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה כַּבָּקָר יֹאכַל תֶּבֶן", דער קו מיט'ן בער וועלן צוזאמען פאשען, דער לייב וועט עסן שטרוי צוזאמען מיט די בהמות. "וְשִׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל חֻר פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה", קינדער וועלן זיך שפילן מיט גיפטיגע שלענג, "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי", קיינער וועט נישט שטערן דעם צווייטן און קיינער וועט נישט שלעכטס טון פאר'ן צווייטן, ווייל עס וועט זיין: "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", אלע וועלן וויסן פונעם אייבערשטן און מען וועט לעבן מיט אמונה.


דער אייבערשטער זאל אונז שוין ארויס נעמען פון דעם ביטערן גלות, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ביאת משיח וואס וועט אריין ברענגען אין יעדן איינעם אז מען זאל רעדן צום הייליגן באשעפער, אזוי ווי דער פסוק זאגט (צפניה ג, ט): "אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה' לְעָבְדוֹ שְׁכֶם אֶחָד", יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן און יעדער וועט אוועק ווארפן די געלט, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו ב, כ): "בַּיּוֹם הַהוּא יַשְׁלִיךְ הָאָדָם אֵת אֱלִילֵי כַסְפּוֹ, וְאֵת אֱלִילֵי זְהָבוֹ", אמן.

#627 - וואס טו איך אז איך שפיר ווי א חוזק מיט מיינע תפלות?
התחזקות, תפילה והתבודדות, שלאפן, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן דאנק פאר אלע שיעורים און חיזוק, איך שטארק זיך ב"ה זייער אינעם סדר דרך הלימוד, איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג, און פרוביר זיך צו שטארקן אין קדושה.


איך מוטשע זיך זייער מיט שמירת עינים, ס'איז מיר זייער שווער זיך צו שטארקן אויף די שווערע נסיונות, איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם אבער איך שפיר ווי איך מאך חוזק פונעם אייבערשטן חס ושלום, ווייל איך בעט יעדן טאג און איך פאל נאכאמאל דורך יעדן טאג, וואס קען איך טון דערצו?


אויך האב איך א פראבלעם אז איך שטיי אויף זייער שפעט, וויפיל איך פרוביר מיט אלע מיטלען, מיט וועקער-זייגערס וכדומה, אויפצושטיין פרי גייט עס מיר נישט, און דאס מאכט מיר אויך שווער צו רעדן צום אייבערשטן, איך שפיר ווי דער אייבערשטער זאגט מיר, 'גיי צוריק שלאפן, שטיי אויף מארגן צופרי ווי א נארמאלער מענטש, און דעמאלט זאלסטו קומען רעדן צו מיר'.


איך מוז האבן אן עצה צו קענען אויפשטיין נארמאל אינדערפרי.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך, וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו געבסט נישט אויף און דו בעטסט נאכאמאל און נאכאמאל אויף שמירת עיניים.


שפיר זיך נישט ווי א חוזק אז דו בעטסט יעדן טאג דעם אייבערשטן און דו זאגסט צו פאר'ן אייבערשטן אז דו גייסט זיין ערליך און נאכדעם פאלסטו נאכאמאל אראפ; אזוי גייט עס אין עבודת השם, מען פאלט אראפ און מען הייבט זיך אויף, מען פאלט נאכאמאל און מען הייבט זיך אויף.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען מען גייט אין א געדעכטע בלאטע, מען שפירט ווי מען זינקט איין און מען גייט זיך אט אט דערטרענקען גייט מען א פוס אריין, א פוס ארויס, א פוס אריין און א פוס ארויס - ביז מען קומט אן אינדרויסן, מען בלייבט נישט שטיין מיט ביידע פיס"; אזוי אויך ווען מען פאלט אראפ אין עבירות און מען ווערט נכשל און קוקן עבירות, מען קוקט אויף אלע שמוץ און אלע טומאות, נאכדעם קומט מען צו די הארבע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דארף מען שרייען צום אייבערשטן: "טאטע ראטעווע מיר!" אן א שיעור מאל, און געדענקען: "א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס", ביז מען איז זוכה ארויס צו גיין פון די טומאה.


שפיר זיך נישט ווי א חוזק ווייל אזוי גייט עס אין עבודת השם, מיין נישט אז צדיקים האבן נישט קיין שווערע ביטערע נסיונות, מיין נישט אז זיי האבן נישט קיין נפילות וכו'; דער חילוק איז אז די צדיקים שטארקן זיך און זיי הייבן זיך אויף, אזוי ווי עס שטייט (משלי כד, טז): "כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם", אפילו ער פאלט אראפ הייבט ער אן פונדאסניי; ער קוקט נישט אויף צוריק, אויף וואס איז געווען, נאר ער קוקט אויף פאראויס.


איך בעט דיר זאלסט זיך שטארקן און נישט אפלאזן די זאך פון תפילה, און דו זאלסט ווייטער בעטן אויף שמירת עיניים אפילו דו האלטסט אין איין פאלן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט איך זאל מאכן א ניגון אויף די ווערטער: "מ'פאלט און מ'פאלט און מען הייבט זיך אויף, מ'פאלט און מ'פאלט און מען הייבט זיך אויף"; דאס איז די שיינקייט פון א איד, אז ער הייבט זיך אויף שטענדיג און ער גייט אן, נישט נאכלאזן און אויפגעבן.


בנוגע זיך צוריק לייגן שלאפן וכו'; עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס ווען ער פלעגט אויפשטיין שפעט האט ער געזאגט צו זיך מיט שמחה: "פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד"; אין דעם ליגט א שטארקע חכמה, אז מען זאל נישט ווערן צעפאלן און זאגן: "פון מארגן וועל איך זיין א נארמאלער מענטש", נאר פון יעצט וועל איך דינען דעם אייבערשטן.


נאכאמאל: "א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס פאלט נישט אראפ וכו', א שטארקער מענטש איז דער וואס הייבט זיך אויף".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#626 - קענט איר מיר געבן חיזוק אויף צניעות?
חיזוק פאר מיידלעך, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל און איך בין זיך מחזק מיט די שיעורים, א גרויסן יישר כח.


איך וויל האבן חיזוק אויף צניעות, ווייל דאס איז א גרויסע נסיון פאר מיר. דער ראש ישיבה שליט"א רעדט געווענליך צו בחורים, אבער איך דארף אויך חיזוק.


א גרויסן יישר כח און דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח צו העלפן אידישע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קדושים, ב' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז צניעות איז א זאך וואס מען באצאלט אויף דעם זייער אסאך שכר; א מיידל וואס געבט אכטונג ווי אזוי זי גייט אנגעטון און ווי אזוי זי רעדט - וועט זוכה זיין צו הייליגע קינדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג:): "אין זכות פון צניעות איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; און ווי שווערער דאס איז, נאכדעם וואס איר האט א שטארקע נסיון אויף דעם, וועט איר באקומען מער שכר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא - אַגְרָא", לויט ווי שווער עס קומט אן א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען דערויף.


פרובירט אנצוהייבן מיט אביסל, אזוי ווי רבי נתן פלעגט זאגן, אז ווען ער האט געהערט פון רבי'ן: "מְעַט גַּם כֵּן טוֹב" - אביסל איז אויך גוט, פון דעמאלט האט ער זייער מצליח געווען און פון דעמאלט האט ער מער אנגעהויבן צו לערנען בהתמדה רבה, ווייל רוב מאל האלט מען זיך צוריק פון לערנען און טון גוטע זאכן ווייל מען וויל טון אסאך און אזוי ווי עס איז שווער צו טון אסאך טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט דאס חשיבות פון יעדע ביסל דעמאלט קומט מען אן צו טון אסאך. אזוי אויך ביי אייך, אז איר ווילט זיין צניעות'דיג אבער עס איז אייך שווער זאלט איר קודם אנהייבן מיט אביסל, אזוי וועט אייך זיין גרינגער.


וויסן זאלט איר אז יעדעס ביסל וואס מען טוט פאר'ן אייבערשטן איז זייער חשוב; אויבן אין הימל קוקט מען אנדערש אויפ'ן מענטש ווי מען קוקט דא, אויבן אין הימל איז זייער חשוב יעדע קליינע נקודה, יעדע ריר וואס א מענטש געבט זיך פאר'ן אייבערשטן. יעדע גוטע מחשבה, יעדע גוטע ווילן איז זייער חשוב ביים אייבערשטן. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת תרומה, קנ:): "לֵית רְעוּתָא טָבָא דְּיִתְאֲבִיד מִקַּמֵּי מַלְכָּא קַדִּישָׁא", קיין איין גוטע מחשבה ווערט נישט פארלוירן ביים אייבערשטן, כל שכן וכל שכן ווען א מענטש טוט א גוטע מעשה און קל וחומר ווען א מיידל און א פרוי טוען זיך אן איידל און שיין פאר'ן אייבערשטן, זיי געבן אכטונג נישט צו גיין מיט קליידער וואס דער אייבערשטער וויל נישט מען זאל גיין דערמיט - איז דאס זייער חשוב אויבן אין הימל. דאס האלט צוריק אלע שלעכטע גזירות זאלן נישט קומען אויף אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט באקומען אידישע גאווה און אידישע שטאלץ זיך נישט צו שעמען צו גיין אנגעטון איידל און אידיש, און איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב א ערליכע וואוילע זיווג און אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.

#625 - דער מחותן דרייט אסאך דעם קאפ, זאל איך אפלאזן דעם שידוך?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון אייערע שיעורים. איך האב ב"ה א פיינער בחור וואס איז א חתן געווארן למזל טוב, אבער דער מחותן האט יעצט אסאך טענות אויפ'ן חתן, און ער האט געמאכט אן הפסקה נישט צו גיין דערווייל ווייטער צו די חתונה.


איז מיין שאלה צי ס'איז כדאי בכלל צו גיין ווייטער מיט אזא סארט שידוך, אדער וועט ער נאך די חתונה ווייטער ממשיך זיין צו דרייען א קאפ מיט טענות? זאל איך פרובירן זיך דורכצוקומען מיט אים, אדער זאל איך אינגאנצן אפלאזן דעם שידוך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קדושים, ב' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שווער צו ענטפערן ווען מען ווייסט נישט גענוי די פרטים וכו'.


אויב איז דער פראבלעם מצד די עלטערן, דאס הייסט אז דער מחותן איז דער וואס וויל שטערן די חתונה, דעמאלט איז יא כדאי צו גיין ווייטער מיט די חתונה. ווייל איין מאל זיי וועלן חתונה האבן וועלן זיי לעבן בשלום ובשלוה און קיינער וועט זיי נישט קענען שטערן, אבער אז די אפהאלט פון גיין ווייטער קומט מצד הכלה, די כלה אליינס וויל נישט גיין ווייטער דעמאלט דארף מען מער אריין קוקן אין די פרטים צי מען זאל גיין ווייטער.


לויט ווי איך פארשטיי פון די שאלה איז דאס א פראבלעם צווישן מחותנים וואס פאסירט כסדר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קל:) אז יעדע מצוה וואס כלל ישראל האבן מקבל געווען מיט א קריגעריי, אזוי ווי עס שטייט (במדבר יא, י): "וַיִּשְׁמַע מֹשֶׁה אֶת הָעָם בֹּכֶה לְמִשְׁפְּחֹתָיו", עַל עִסְקֵי מִשְׁפְּחוֹתָיו, - קריגט מען זיך נאך ביז היינט ביי דעם, "דְּלֵיכָּא כְּתוּבָה דְּלָא רָמוּ בָּהּ תִּיגְרָא", ביי יעדע חתונה איז דא א קריגעריי צווישן די משפחה; דעריבער איז זיכער כדאי אז איר זאלט מוותר זיין, איר זאלט נאכגעבן די מחותנים אז חתן כלה זאלן קענען וואס פריער חתונה האבן.


עלטערן דארפן האבן שכל זיך נישט אריין צו מישן אין די לעבן פון די חתן כלה, נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז זיי לעבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל אז דו זאלסט מוותר זיין, אזוי וועסטו קענען מאכן וואס שנעלער די חתונה פאר דיין זון.

#624 - וואס זאל איך טון אנשטאט קוקן מאוויס?
חיזוק פאר מיידלעך, מאוויס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שנעלע ענטפער וואס איך האב באקומען אז איך זאל גלייך אפהאקן פון דעם אינגערמאן, איך האב דאס טאקע שוין געטון.


יעצט וויל איך פרעגן אזוי, ווען איך קום אהיים קען איך נישט אויסהאלטן די שווערע מצב דארט, די קולות און קריטיק וואס איך וועל באקומען אויף יעדע ריר, און דעריבער גיי איך גלייך אין מיין שטוב, און איך שטופ די צייט מיט'ן קוקן מאוויס, און איך גיי נישט ארויס פון דארט ביז אינדערפרי.


איך הער אבער אסאך אויף די שיעורים איבער די שלעכטע נאכפאלגן וואס די מאוויס ברענגען אויף א מענטש, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך בין א מיידל, און איך קען נישט נעמען א ספר צו לערנען, איך האב נישט קיין חבר'טעס מיט וועמען ארויסצוגיין, און איך האב ממש נישט עפעס אנדערש וואס צו טון.


איך שפיר ווי איך מיין לעבן גייט צוגרינד, איך טו גארנישט מיט מיין לעבן, אפשר האט איר עפעס אן עצה וואס איך קען טון?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קדושים, ב' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט זיך אפגעטשעפעט פון דעם מניוול; א מענטש וואס האט א ווייב מיט קינדער און גייט ארויס מיט א פרעמדע מיידל מיט'ן אויסרייד איר צו מחזק זיין וכו' - איז א שלעכטער מענטש, א מושחת. אזא איינער איז נישט דא אויף צו געבן ליבשאפט, אזא איינער איז א פארדארבענער מענטש. אין דעם זכות וואס דו האסט תשובה געטון און אים אפגעלאזט וועסטו זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין זיווג.


עס איז נישט געזונט זאלסט זיצן אפגעזונדערט אין דיין צימער פון ווען דו ענדיגסט ארבעטן ביז דעם אנדערן אינדערפרי; איך פארשטיי וואס דו זאגסט אז דו ווילסט זיך נישט אנטרעפן מיט דיינע עלטערן צו זען ווי זיי שרייען און קריגן זיך איינער מיט'ן צווייטן, אדער ווי זיי שרייען אויף דיר און דערנידערן דיר וכו', וואס דאס מאכט אז דו זאלט זיצן איינגעשפארט יומם ולילה אין דיין צימער און קוקן מאוויס השם ירחם, אבער וויסן זאלסטו אז דאס איז נישט קיין עצה און עס איז נישט קיין געזונטע זאך.


זע צו גיין אביסל שפאצירן מיט א חבר'טע און אז דו האסט נישט קיין חבר'טעס זאלסטו גיין אליינס שפאצירן; עס איז זייער געזונט צו גיין שפאצירן, סיי פאר'ן גוף און סיי פאר'ן נפש, דורכדעם גייט מען ארויס פון אלעס שלעכטס. ווען מען זעט די שיינע וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן עפנט זיך אויף דאס הארץ און מען קען אנהייבן רעדן צום אייבערשטן. דאס האט דוד המלך געטון ווען ער האט געהאט צרות און יסורים, אלע האבן אים געפייניגט און אלע האבן אים געוואלט הרג'נען, דאן פלעגט ער גיין שפאצירן און זינגען צום אייבערשטן. ער האט ארויפגעקוקט צום גרויסן הימל און געזען די זון, די לבנה מיט די שטערנס ווי זיי דרייען זיך ארום די וועלט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ח, ד): "כִּי אֶרְאֶה שָׁמֶיךָ מַעֲשֵׂי אֶצְבְּעֹתֶיךָ, יָרֵחַ וְכוֹכָבִים אֲשֶׁר כּוֹנָנְתָּה"; אזוי האט ער געזינגען צום אייבערשטן, אים געדאנקט און געלויבט אויף אלע חסדים און אויך געבעטן פאר זיין לעבן.


גיי ארויס פון דיין פארמאכטע צימער און גיי אביסל שפאצירן, אויך זאלסטו אויפהייבן דיינע אויגן צום הימל, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות, אות המתקת הדין, סימן כה): "מִי שֶׁדִּינִין שׁוֹרִין עָלָיו, יִסְתַּכֵּל בְּכָל פַּעַם עַל הַשָּׁמַיִם", ווער עס האט דינים זאל קוקן שטענדיג אויפן הימל, אזוי וועט ער זיך דערמאנען פונעם אייבערשטן און ווען מען הייבט אן זען דעם אייבערשטן דעמאלט עפנט זיך דאס הארץ און מען הייבט אן רעדן צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און קענען מבשר זיין גוטע בשורות.

#623 - ווי אזוי לאז איך זיך אפ פון א שלעכטן חבר?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו ס'איז נישט פארהאן קיין ליבשאפט, אלץ איז אנגעצויגן און נערוועז, און איך קען שוין קוים ווארטן חתונה צו האבן און זיך ארויסזען פון מיינע עלטערנ'ס הויז, דער פראבלעם איז אבער אז איך האב נאך עלטערע געשוויסטער, און מיינע עלטערן וועלן זיך זייער שטארק.


לעצטנס האב איך זיך אויף אן אופן באפריינדעט מיט א געוויסער אינגערמאן, דרייצן יאר עלטער פון מיר. איך ווייס אז דאס איז נישט ריכטיג, איך ווייס אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן, און איך ווייס אז דאס איז אן עוולה קעגן זיין ווייב און קינדער, אבער פאקטיש איז ער דער איינציגסטער מענטש וואס רעדט שיין צו מיר, וואס פארשטייט מיר, און וואס איז אינטערעסירט אין מיר.


איך וועל אים אבער אפלאזן, ווייל דאס איז די ריכטיגע זאך וואס איך דארף צו טון, איך וויל אבער לכבוד דעם באקומען א צוזאג אז איך וועל שנעל טרעפן א גוטע שידוך, און איך וועל האבן אן אמת'ע שלום בית, מיט אמת'ע ליבשאפט.


ביטע געב מיר חיזוק זיך צו קענען האלטן שטארק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך האלטן שטארק. לאז אפ דעם מענטש מיט וועם דו האסט זיך באפריינדעט וכו' וואס איז עלטער פון דיר מיט דרייצן יאר און קען באלד זיין דיין טאטע. אפילו ער זעט דיר אויס צו זיין א פיינער מענטש איז דאס נישט פאר דיר; לאז אים זיין מיט זיין ווייב און קינדער, רעד נישט מיט אים און האב נישט גארנישט צוטון מיט אים.


עס זענען דא אסאך פיינע מענטשן און עס זענען דא אסאך גוטע מענטשן, דאס מיינט נישט צו זאגן אז דו זאלסט זיך באפריינדן מיט יעדן וואס רעדט שיין וכו'. איך בעט דיר זייער געב זיך אכטונג, דו ביסט נאך יונג און דו הייבסט יעצט אן דיין לעבן, איז א שאד פאר דיר דו זאלסט אריין פאלן אין א נעץ. דו ווייסט דאך אז: "ליבשאפט מאכט בלינד", מען קען נישט טראכטן וואס איז ריכטיג; בעט איך דיר לאז אים אפ.


אז דו וועסט אפלאזן דעם מענטש זאג איך דיר צו אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב ווי דו וועסט באקומען אמת'ע ליבשאפט.

#622 - מיינע עלטערן קריגן זיך, וואס דארף איך טון צו דעם?
כיבוד אב ואם, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די פריערדיגע בריוו, איבער אויב מ'מעג האבן אין קאפ ווי כאילו א בילד פונעם אייבערשטן כביכול. דער פאקט אז דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך געשעצט מיר שרייבן א בריוו, האט מיר געגעבן זייער א גוטע געפיל, און איך פרוביר זיך מחזק צו זיין אין דעם בעזר השם.


יעצט וויל איך פרעגן איבער א זאך וואס טוט מיר שטארק וויי. איך בין געווען אויף יום טוב ביי מיינע עלטערן, און זיי קריגן זיך אסאך ארום. איך בין נישט זיכער אויב דאס איז א נייע זאך, אדער ביז יעצט האב איך עס פשוט נישט באמערקט, אבער זייט מיין חתונה קען איך עס ממש נישט דערליידן. איז דא עפעס וואס איך קען אדער איך דארף טון וועגן דעם? אויסער פארשטייט זיך צו בעטן דעם אייבערשטן.


א יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עז): "כָּל הָעוֹלָם מָלֵא מַחֲלוֹקוֹת", די גאנצע וועלט קריגט זיך; "הֵן בֵּין אֻמּוֹת הָעוֹלָם", אלע פעלקער קריגן זיך איינער מיטן צווייטן, "וְכֵן בְּכָל עִיר וָעִיר", אין יעדע שטאט איז דא מחלוקות, "וְכֵן בְּכָל בַּיִת וּבַיִת", און אין יעדע שטוב איז דא מחלוקות, "בֵּין הַשְּׁכֵנִים", מיט די שכנים, "וּבֵין כָּל אֶחָד עִם אִשְׁתּוֹ וּבְנֵי בֵיתוֹ וּמְשָׁרְתָיו וּבָנָיו", און מיט די הויז געזונד, מיט די ווייב און קינדער וכו' וכו', "וְאֵין מִי שֶׁיָּשִׂים עַל לִבּוֹ הַתַּכְלִית שֶׁבְּכָל יוֹם וָיוֹם הָאָדָם מֵת", און קיינער טראכט נישט פון תכלית, מען כאפט נישט אז יעדן טאג שטארבט מען, "כִּי הַיּוֹם שֶׁעָבַר לא יִהְיֶה עוֹד", ווייל דער היינטיגער טאג וועט מער נישט זיין, קומט אויס, "וּבְכָל יוֹם הוּא מִתְקָרֵב לַמִּיתָה", אז יעדן טאג ווערט מען נענטער צום שטארבן, איז דאך א שאד אז דאס ביסל וואס מען לעבט זאל זיין אנגעפולט מיט מחלוקות.


דעריבער זאלסטו שטיין ווייט פון מחלוקות, בפרט ווען עס רעדט זיך פון דיינע עלטערן; שטיי אין דער זייט און נעם נישט קיין שום צד אין די מחלוקות פון דיינע עלטערן. ווען דיין טאטע רעדט צו דיר אויף די מאמע זאלסטו אים אויסהערן און ווען דיין מאמע רעדט זיך אויס אויף דיין טאטע זאלסטו איר אויסהערן, אבער חס ושלום נישט טראגן אדער ברענגען לשון הרע פון איינעם אויפן אנדערן. דו זאלסט זיין דער איש השלום, דו זאלסט זיי נאר ברענגען נחת - פאר ביידע פון זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.

#621 - מיין מאן פארברענגט צופיל מיט זיין מאמע, וואס טו איך?
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א גוט לעבן, און איך בין זייער דאנקבאר דעם אייבערשטן אויף דעם, עס שטערט מיר אבער זייער שטארק איין זאך.


ווען מיר גייען צו מיין מאנ'ס עלטערן, ווערט ער ממש אן אנדערער מענטש, ער איז פארנומען צו שמועסן מיט זיין מאמע פאר לאנגע שעות, און ער פארגעסט פון מיר אינגאנצן. ער נעמט זייער ערנסט כיבוד אם, און די גאנצע וועלט איז דעמאלט ווי געשטארבן.


איך פארשטיי אז ער וויל פארברענגען מיט זיין מאמע, אבער מיר שטערט עס זייער שטארק, און ס'מאכט אויך איך זאל זיך דערווייטערן פון מיין שוויגער. זיי שמועסן פון פאליטיק און אנדערע זאכן וואס איז בכלל נישט אינטערעסאנט פאר מיר, און איך קען אפילו נישט מיטהאלטן די שמועס.


איך וויל וויסן אויב איך מעג פאדערן פון מיין מאן נישט צו זיין דארט אזוי לאנג, אדער איז ער גערעכט און איך קען אים גארנישט זאגן? און בכלל האב איך נישט ליב צו גיין אהין, ווייל מיין מאן איז דער יונגסטער און איך האב נישט מיט וועמען צו רעדן דארט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט אן ערליכער מאן וואס איז מכבד זיינע עלטערן, ער נעמט אזוי ערנסט די מצוה פון 'כיבוד אב ואם' אז די גאנצע וועלט איז ביי אים ווי געשטארבן וכו'; אין דעם זכות וועט איר אויך זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן אייך מכבד זיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך, אזוי פירט זיך דער אייבערשטער צוריק צו אים, און נאך פיל מער ביי א גוטע זאך.


עס דארף אייך נישט שטערן די זאך; הלואי זאלן אלע זיין אזוי ווי אייער מאן וואס געבט כבוד פאר טאטע מאמע. ליידער ליידער זעט מען אסאך יונגעלייט און ווייבער וואס קוקן נישט אויף זייערע עלטערן און זיי גייען נישט אריבער באזוכן מזמן לזמן, זיי רופן נישט וכו', זיי פארגעסן אינגאנצן פון די עלטערן, און אפילו ווען זיי גייען שוין יא אריבער צו די עלטערן פירן זיי זיך נישט אויף מיט דרך ארץ.


דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט די יונגסטע אין די משפחה און איר האט נישט מיט וועם צו שמועסן וכו'; זאלט איר דאס זאגן פאר אייער מאן און אים בעטן אז ער זאל מיט חכמה שמועסן אזעלכע זאכן אין וואס איר קענט אנטייל נעמען וכו', אבער איר זאלט אים נישט אוועק שלעפן פון זיי, דאס ביסל וואס ער גייט צו זיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#620 - זאל מען געבן "חיזוק יומי" קארטלעך פאר אומזיסט?
הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צו גיין הפצה, בעיקר מיט די חיזוק יומי קארטלעך. איך האב געהערט ביי א שיעור אז מ'זאל נישט אראפלייגן סתם אזוי קונטרסים, דאס ברענגט א זלזול דערצו, נאר געבן אויב מ'געבט צדקה.


וויל איך וויסן אויב ביי די קארטלעך איז אויך אזוי, אדער דאס קען מען יא געבן אומזיסט אדער סתם אזוי אראפלייגן.


איך פערזענליך בין געוואויר געווארן פון די הייליגע האטליין דורך א קארטל וואס איך האב געטראפן אין א פיצא סטאר, און דאס האט מיר ממש געטוישט דאס לעבן צום גוטן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון 'הפצה', פון פארשפרייטן די עצות און חיזוק פון רבי'ן פאר אידישע קינדער זיי זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דאס וואס מען געבט נישט קיין ספרים און קונטרסים בחינם איז ווייל אז מען געבט דאס בחינם איז דאס זייער ביליג און עס האט נישט קיין ווערד ביים מענטש, אבער אז דער מענטש צאלט פאר'ן ספר האט דאס ביי אים א ווערד; דערפאר איז נישט כדאי צו געבן די ספרים אומזיסט נאר מען מוז באצאלן פאר די ספרים. קארטלעך קען מען געבן און אראפלייגן אומזיסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#619 - מ'האלט מיר פאר אן ערליכער איד, אבער ליידער בין איך נישט, וואס טוט מען?
תשובה, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מענטשן האלטן מיר פאר אן ערליכער איד, אבער איך ווייס דעם אמת ווער איך בין. איז מיין שאלה צו איך דארף זיך אנרופן ווען מ'רומט מיר אויס, צו דארף איך מפרסם זיין ווער איך בין באמת, אז מ'זאל מיר נישט מכבד זיין?


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ ביי די שיעורים אז ס'זענען דא אינגעלייט מיט ווייסע וועסטלעך און רעזשעוואלקעס, אבער באמת ליגן זיי טיף אין דער ערד. איז וואס דארף איך צו טון? זאל איך אויסטון מיין ווייסע וועסטל און רעזשעוואלקע און זיך אנטון אזוי ווי איך בין באמת?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך בארעכענען און תשובה טון; מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער זאגט (ירמיהו כג, כד): "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'", ווי קען זיך א מענטש באהאלטן פון מיר? "הֲלוֹא אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא נְאֻם ה'", דער אייבערשטער איז דאך איבעראל.


אז דו וועסט נישט תשובה טון וועט זיין זייער ביטער; מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן אונטער א ווייסע וועסטל, אונטער רבי'שע קליידער און טון עבירות. דער אייבערשטער שטייט און ווארט מען זאל תשובה טון, אויב מען טוט תשובה און מען לאזט אפ די עבירות איז גוט און אז נישט ווערט מען פארשעמט בזה ובבא.


זע צו זאגן יעדן טאג תהילים; פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים וועסטו ארויסקריכן פון אלע דיינע שלעכטע מעשים. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'", ווער עס זאגט תהילים וועט זוכה זיין תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד; תשובה איז נישט פאסטן תשובה איז נישט סיגופים, תשובה איז צוריק קומען צום אייבערשטן, זאג פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך הייב אן פון יעצט צו זיין אן ערליכער איד, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן כח זיך צו שטארקן אויף מיין יצר הרע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#618 - זאל איך גיין הפצה, אפילו ווען דאס איז מצער מיינע עלטערן?
כיבוד אב ואם, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס זענען מיר זייער מחיה.


איך בין א מיידל, און איך האב ב"ה די זכיה צו טיילן די חיזוק יומי קארטלעך פאר פרויען און מיידלעך אויפ'ן גאס. דער פראבלעם איז אבער אז דאס שטערט זייער פאר מיין מאמע. פון איין זייט ווייס איך בכלל נישט אויב איך טו עפעס אויף מיט'ן טיילן די קארטלעך סתם פאר מענטשן, און פון די אנדערע זייט בין איך מיט דעם מצער מיין מאמע.


איך וויל וויסן אויב דאס גייט אויך אריין אין דעם כלל אז "מ'דארף פאלגן די עלטערן ביז'ן רבינ'ס זאך", אדער איז בעסער נישט צו טיילן און נישט מצער זיין די עלטערן מיט דעם?


יישר כח פאר'ן אוועקגעבן צייט צו ענטפערן מיין שאלה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר ווילט באמת עוסק זיין אין הפצה - איז דא גענוג וועגן דאס צו טון אן דעם וואס איר זאלט דארפן מצער זיין אייער מאמע.


אז איר וועט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ און גוטע מידות וועט איר זיך מאכן א גוטע נאמען און איר וועט ברענגען א גוטע נאמען אויף ברסלב'ע חסידים; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וואודעראום וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען: קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער העלפן איר זאלט בקרוב טרעפן אייערע זיווג און אויפשטעלן א שטוב לשם ולתורתו.

#617 - וואו זענען אלע תפלות וואס מיר האבן מתפלל געווען פאר שמעי ע"ה?
תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס טוט מיר אזוי וויי אז שמעי ענדצווייג ע"ה איז נפטר געווארן, און נאך מער שטעכט מיר וואו זענען געגאנגען די אלע תפלות און טרערן וואס מ'האט פארגאסן צו בעטן דעם אייבערשטן פאר זיין רפואה.


איך ווייס נישט נאך פון נאך א מענטש וואס האט אזויפיל מתפלל געווען, אזויפיל געוויינט און געבעטן, ווי שמעי ע"ה.


איך שעם זיך צו זאגן, אבער איך בין געשטאנען ביי זיין לויה און זיך געבראכן קאפ אויב אזויפיל תפלות און אזויפיל טרערן זענען נישט געענטפערט געווארן, ווי אזוי קען איך זיך נאך שטארקן ווייטער צו בעטן און מתפלל זיין, ווי אזוי קען איך האפן אז דער אייבערשטער וועט ענטפערן מיינע תפלות וואס זענען נישט מיט טרערן און נישט אזויפיל שעות, און נישט מיט אזא צעבראכן הארץ, און נישט פון אזא ריין הארץ ווי שמעי?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז פאר אונז זייער שווער אראפצושלונגען די ביטערע נייעס אז מיר האבן פארלוירן א טייערע תלמיד הישיבה - שמעי עליו השלום.


מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן נאר איין זאך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. מיר דארפן שטענדיג חזר'ן: "מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט"; דער אייבערשטער פירט די וועלט, "אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא (דברים לב, ד)", פארוואס? פאר ווען? און פאר וואו? דאס האט נישט מיט אונז.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


יעדע "פארוואס?" איז א קשיא אנטקעגן די אמונה; מוהרא"ש זאגט: "לָמָה? יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, א איד גלייבט אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט ווי אזוי? אט אזוי, אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט -  "אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ", וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: "שֶׁכָּכָה לוֹ".


ווען מען זעט ווי יונגע מענטשן ווערן אוועקגעריסן פון די וועלט דארף מען געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי ברכות כ.) אז דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז אמאל געזיצן מיט זיינע תלמידים און געלערנט תורה אונטער די שאטן פון א פייגן בוים, ווען עס איז געקומען די צייט וואס די פייגן הייבן אן ווערן געצייטיגט האבן זיי געזען ווי דער בעל הבית שטייט אויף יעדן אינדערפרי נאך פאר זיי קומען לערנען אראפ נעמען די געצייטיגע פייגן, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט פארוואס ער שטייט אויף אזוי פרי דאס צו טון, זיי האבן געטראכט אז מן הסתם איז דער בעל הבית זיי חושד און ער האט מורא אז זיי וועלן גנב'נען פון די געצייטיגטע פייגן, דעריבער פעדערט ער זיך יעדן אינדערפרי אראפצונעמען די פרישע געצייטיגטע פייגן, האבן זיי מחליט געווען אז זיי וועלן גיין צו א צווייטע פלאץ. ווען דער בעל הבית האט געזען אז זיי זענען אוועק פון די שאטן פון זיין בוים האט דאס אים זייער געשטערט, ער האט זיי געזאגט: "אַף חֲדָא מִצְוָה דַּהֲוִיתָן נְהִיגִין וְעָבְדִין עַמֵי מְנַעְתּוּנַּהּ מִינִּי?" די איין מצוה וואס איך האב געהאט אז איר פלעגט לערנען אונטער מיין פייגן בוים האט איר אויך אוועקגענומען פון מיר? האבן זיי אים געזאגט: "מיר זענעון אוועק געגאנגען ווייל מיר האבן געזען אז דו ביסט אונז חושד אז מיר וועלן גנב'נען פייגן. דער בעל הבית האט זיי נישט געענטפערט פארוואס ער שטייט אויף אזוי פרי, ער האט זיי אבער געבעטן אז זיי זאלן צוריק קומען לערנען תורה אונטער זיין פייגן בוים. דעם קומענדיגן טאג איז ער נישט אויפגעשטאנען פארטאגס קלויבן די פייגן, ער האט געווארט די זון זאל אויפשיינען און ווען די זון האט אויפגעשיינט זענען אלע פייגן פארפוילט געווארן, האבן די חכמים פארשטאנען פארוואס ער שטייט אויף יעדן טאג אזוי פרי אראפצונעמען די פייגן, און זיי האבן געזאגט: "בַּעַל הַתְּאֵנָה יוֹדֵעַ אֵימָתַי עוֹנָתָהּ שֶׁל תְּאֵנָה לִלְקֹט וְהָיָה לוֹקְטָהּ", דער בעל הבית פונעם פייגן בוים ווייסט פונקטליך ווען עס איז די צייט אראפצונעמען די פייגן פון בוים, "כָּךְ הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹדֵעַ אֵימָתַי עוֹנָתָן שֶׁל צַדִּיקִים לְסַלֵּק מִן הָעוֹלָם וְהוּא מְסַלְּקָן", אזוי אויך ווייסט דער אייבערשטער פונקטליך ווען עס איז די צייט צוריק צו נעמען די נשמה פון די צדיקים; דעריבער זאלסטו נישט פרעגן קיין קשיות און שאלות: "וואו זענען די תפילות?" "פארוואס איז ער נפטר געווארן?" ווייל מען טאר מען נישט פרעגן: "פארוואס? פאר ווען? פאר וואו?" נאר מען דארף האלטן אין איין חזר'ן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט - אזוי ווי רבי עקיבא האט געזאגט.


וואויל איז פאר דעם וואס האט נישט קיין קשיות, דער מענטש איז זוכה צו לעבן א חיים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#616 - ווי אזוי מאך איך מיין מאן זיין ערליך און וואויל?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחזק מיט די שיעורים און חיזוקים, א גרויסן יישר כח.


שוין א לענגערע צייט וואס מיין מאן גייט נישט דאווענען מעריב, ער קומט צוריק נאכמיטאג פון די ארבעט, און ער בלייבט אינדערהיים ביז אינדערפרי, און דאס טוט מיר זייער וויי. אויך גייט ער שוין בכלל נישט אין מקוה אינדערפרי, און איך ווייס נישט וואס צו טון. דארף איך אים זאגן און מעורר זיין אויף דעם?


איך וויל אים נישט מצער זיין און צעברעכן, איך וויל אים נאר מחזק זיין, און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון אויף א ריכטיגער וועג.


איך האף אז איר האט אן עצה פאר מיר, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בדרך כלל האט א מאן נישט ליב ווען מען הייסט אים וואס צו טון; א מאן האט נישט ליב ווען זיין ווייב ווערט אים ווי א משגיח און זיי הייבט אים אן זאגן: "גיי דאווענען", "גיי אין מקוה", "פארוואס לערנסטו נישט?" ער האט דאס שוין געהערט גענוג און נאך אין ישיבה.


דא דארף מען נוצן חכמה, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ"; א פרוי וואס בויט אויף איר מאן, זי דערהייבט אים, זי שעצט אים - דאס הייסט א קלוגע פרוי, ווידעראום א פרוי וואס זוכט נאר ווי זי קען צעברעכן איר מאן, צעברעכן איר שטוב - דאס איז א נארישע פרוי; א קלוגע פרוי וואס וויל איר מאן זאל לערנען און דאווענען וועט זי אים געבן אסאך ווארימקייט און ליבשאפט ביז ער וועט זיך טוישן צום גוטן. ווייל מען קען אלעס פועל'ן מיט אביסל ליבשאפט און אביסל ווארימקייט.


די קלוגע וועג איז: "סבלנות"; די קלוגע וועג איז נישט זאגן וואס צו טון נאר ארויסברענגען די גוטע געפילן וואס מען באקומט ווען מען טוט דאס און דאס. אנשטאט זאגן: "גיי דאוון מעריב", "גיי אין מקוה", "גיי לערן", קען מען זאגן ווען מען זעט אים לערנען אדער דאווענען: "איך האב אזוי ליב ווען דו לערנסט", "איך פריי זיך אז דו גייסט דאווענען", "איך קוק ארויף אויף דעם וואס דו שטרענגסט זיך אן צו גיין דאווענען"; אויף דעם וועג מעג מען רעדן און אויף דעם וועג וועט איר פועל'ן.


אלעס וואס איר ווילט פועל'ן וועט איר נאר קענען פועל'ן כל זמן איר וועט אים ווייטער ליב האבן, עס טאר נישט ווערן אפגעקילט דאס ליבשאפט, ווייל אויב עס ווערט אפגעקילט דאס ליבשאפט דעמאלט קען מען שוין גארנישט פועל'ן.


בעט'ס דעם אייבערשטער עס זאל אריין גיין א הייליקייט אין אים; ווען איר צינדט אן די שבת ליכט שטייט'ס ביי די ליכט, לייגט'ס ארויף די הענט אויפ'ן פנים און בעט'ס און וויינט'ס צום אייבערשטן אויף אייער שלום בית, בעט'ס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען געבן ליבשאפט פאר מיין מאן און מיין מאן זאל מיר געבן ליבשאפט; העלף אונז מיר זאלן לעבן מיט אהבה ושלום. העלף מיין טייערע מאן ער זאל זיין א איד; ער זאל דאווענען שחרית, מנחה און מעריב, ער זאל לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה אזוי וועלן מיר קענען צוזאמען אויפשטעלן א ערליכע שטוב; העלף אונז הייליגער באשעפער מיר זאלן זוכה זיין צו ערליכע קינדער"; און לייגטס צו אייערע אייגענע תפילות, ווייל יעדע תפילה וואס איר בעט פאר אייך, פאר אייער מאן און אייערע קינדער וכו' גייט ארויף צום אייבערשטן און מען זעט ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#615 - וואס טוט מען ווען דער לענדלארד פייניגט וועגן די רענט?
צדקה, רענט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר אייערע שיעורים און איך בין זיך זייער מחזק מיט זיי. איך הער אסאך ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט איבער די וויכטיגקייט פון צאלן דירה געלט, און פרוביר טאקע צו צאלן צייטליך יעדן חודש, כאטש וואס איך מוטשע זיך זייער און איך ארבעט שווער פאר פרנסה.


ס'מאכט זיך אבער צומאל וואס איך פארשלעפ זיך און איך צאל צוביסלעך די רענט, אבער יעצט האט דער לענדלארד ארויפגעלייגט אן עלעקטעראנישער שלאס אויפ'ן עלעוועיטאר, און יעדע משפחה באקומען א קארטל מיט וואס מ'קען נוצן דעם עלעוועיטאר, און אויב האט מען נישט אויסגעצאלט די רענט ביים ערשטן טאג פון חודש, ארבעט נישט די קארטל.


דאס קאסט מיר א ים מיט עגמת נפש פאר מיין גאנצע משפחה, אויב בין איך נישט אנגעקומען צו צאלן ממש אויפ'ן ערשטן טאג, דארף די גאנצע משפחה זיך ארויפשלעפן א שיינע פאר שטאק, און מ'ווערט פארשעמט פאר יעדן איינעם. אדער דארף מען גיין יעדעס מאל בעטן פון א שכן א גאנצע טובה צו קומען עפענען די עלעוועיטאר, און דאס איז זייער שווער.


איך ווייס נישט ווי אזוי א מענטש האט די הארץ אזוי וויי צו טון א גאנצע משפחה פאר אפאר דאלער וואס ער האט נישט באקומען פונקטליך אין צייט, איך האב שוין פרובירט צו רעדן צו אים, אבער דערווייל האט עס נישט געהאלפן, וואס נאך קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, 'דו ביסט נישט גערעכט'.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אויף צאלן רענט; מוהרא"ש זאגט: "רענט קומט פאר אלעס", נישט דא אזא זאך מען זאל נישט צאלן רענט צייטליך, דאס ערשטע זאך דארף מען צאלן רענט; רענט קומט פאר עסן, פאר קליידער און פאר א קאר וכו' וכו'. אלעס קען מען זיך שאפן; מען קען שאפן עסן, קליידער וכו', אבער אז דו וועסט נישט צאלן קיין רענט וועסטו נישט האבן קיין דירה.


דו פרעגסט וואס נאך דו קענסט טון אז ער זאל דיר לאזן וואוינען? גיי נאך געלט וועסטו קענען צאלן צייטליך רענט. אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה, סימן רנג, סעיף ב) אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין קלייבן צדקה פאר זיך; אויב מען האט נישט קיין געלט איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט פאר זיך, א בושה איז אז מען צאלט נישט קיין רענט, א בושה איז אז מען בארגט געלט פון די גאנצע שטאט און מען באצאלט נישט וואס דעמאלט ווערט מען אנגערופן א רשע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם".


איך בעט דיר, זיי נישט קיין אויבער חכם. גיי נאך געלט אז מען זאל דיר נישט ארויסווארפן פון דיין דירה; דו דארפסט נישט זאגן פאר וועם דו גייסט. אז מען פרעגט דיר פארוועם דו גייסט, זאג: "איך גיי נאך געלט פאר אן ארימע משפחה", און גלייך ווען דו האסט געלט זאלסטו דאס טראגן פאר דיין לענדלארד, ווארט נישט ביז דו האסט דעם גאנצן סכום, נאר וויפיל דו האסט זאלסטו אים ברענגען און אביסל מיט אביסל פולט זיך אן א שיסל, ביז דו וועסט קענען אפצאלן אלע דיינע חובות.


מאך נישט דיין לענדלארד פאר א שלעכטער מענטש מיט דעם וואס ער פארלאנגט מען זאל צאלן פונקטליך אין צייט; ער ווערט נישט קיין גנב ווען ער בעט זיין רענט צייטליך.


זע צו דאווענען שחרית, מנחה, מעריב מיט מנין; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "אז מען דאוונט מיט מנין האט מען א דבר שבמנין (געלט)".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#614 - קען מען יוצא זיין "קמחא דפסחא" דורכ'ן צאלן די געהאלט פאר מלמדים?
מלמדים, צדקה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב באקומען א בריוו פון די מוסדות, צו געבן געלט פאר "קמחא דפסחא" צו קענען אויסצאלן די מלמדים אויף פסח. איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'קען טאקע יוצא זיין מיט דעם דער ענין פון קמחא דפסחא, אויב איז עס פשוט צו צאלן געהאלט פאר די איינגעשטעלטע, דארף מען דאס צאלן, דאס איז נישט ווי מ'געבט פאר ארעמעלייט אויף פסח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו ענטפערן די שאלה; וואס איז א נפקא מינה פארן ארימאן ווען מען געבט אים געלט - צי די געלט קומט אים אלס געהאלט צי דאס איז באזונדער פאר פסח? וואס זאל דיר אנגיין אז מען צאלט מיט די געלט פון קמחא דפסחא זייער געהאלט?! אז די מלמדים ווערן נישט באצאלט וואכן נאכאנאנד וואלסטו זיך זיכער געדארפט משתתף זיין אז זיי זאלן האבן אויף יום טוב; דו קוקסט באלד אויס ווי דער וואס האט גע'טענה'ט צום רב אז מען נעמט צוזאם קמחא דפסחא און מען בא'גנב'עט די ארימעלייט ווייל מען ברענגט זיי פיש און פלייש אנשטאט מעל וואס דאס איז די אפטייטש פון "קמחא דפסחא" - מעל פאר פסח...


וואויל איז דער מענטש וואס געבט צדקה, דאס וועט אים ראטעווען פון אלע גזירות רעות; בפרט אז מען העלפט ארויס ארימע משפחות זיי זאלן קענען האבן אויף יום טוב ווערט מען ניצול פון אלעם שלעכטס.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "'צְדָקָה תַּצִּיל מִמָּוֶת' רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'מַצַּת', "סְגֻלָּה לָחֳלִי נוֹפֵל רַחֲמָנָא לִצְלָן, עס איז א סגולה ניצול צו ווערן פון די מחלה פון חולי נופל אז מען געבט צדקה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קיב, ט): "פִּזַּר נָתַן לָאֶבְיוֹנִים" וואס דאס איז די רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'נֶפֶ"ל'; דאס גייט ארויף סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. אויב א מענטש האט רחמנא לצלן די מחלה פון חולי נופל זאגט דער רבי ער זאל געבן צדקה, און דאס גייט אויך ארויף ברוחניות, אז א מענטש וואס זעט אז ער האלט אין איין פאלן און וויפיל ער וויל זיין ערליך און ער נעמט זיך פאר צו טון נאר גוטע זאכן, פאלט ער צוריק צו זיינע רגילות'ן וכו', זאל ער געבן צדקה.


דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל קענען אויסצאלן אלע מלמדים און איינגעשטעלטע וואס ארבעטן מיט אזא איבערגעגעבנקייט פאר אונזערע קינדער, איך זאל קענען אויסצאלן זייער ארימע געהאלט וואס זיי פארדינען און זיי נאך קענען צו געבן באזונדער לכבוד יום טוב. הלואי זאל איך אנקומען צו קענען געבן פאר אלע מלמדים און איינגעשטעלטע באזונדער פאר יום טוב, הלואי זאל איך זיי קענען צאלן צייטלעך, אבער וואס זאל איך טון אז נישט אלע עלטערן צאלן שכר לימוד. עס ליגט אויף מיר א שווערע לאסט צו שאפן געלט פאר זיי וועכנטליך; געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן נישט קיין שטיצע פון אינדרויסן דארפן מיר זיך ווענדן צום אייבערשטן, און וואונדער איבער וואונדער, שוין ניין יאר - פון שנת תש"ע זייט די מוסד שטייט – האט דער אייבערשטער געהאלפן אז מיר האבן געקענט אויסצאלן די מלמדים אויף פסח נאר דורך תפלה פון אלע קינדער וואס בעטן יעדן טאג מיט די מלמדים פאר די מוסד אז מען זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע.


איך האף דו האסט זיך משתתף געווען און דו האסט נישט געלאזט די מלמדים אויסגיין ביז'ן באקומען די תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח אין ירושלים - (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#613 - ווי אזוי קען מען זיך ארויסדרייען פונעם פלאקערדיגן יצר הרע?
קדושה, נסיונות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שרייב מיט א צעבראכן און צעשניטן הארץ, ווייל איך האב ב"ה חתונה געהאט, איך האב באקומען זייער א גוטע ווייב, א וואוילע ווייב, און א שיינע ווייב, זי שטעלט מיר אלעס צו און עס פעלט מיר גארנישט אינדערהיים, און פונדעסטוועגן ברענט אין מיר אזוי שטארק דער יצר הרע צו קוקן אויף אנדערע פרויען און צו קוקן שמוץ, אז איך קען עס מער נישט אויסהאלטן.


איך ווייס אז א בחור האט א תירוץ, און איך האב נישט, אבער וואס קען איך טון געראטעוועט צו ווערן פון מיין פלאקערדיגע יצר הרע? אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א מתנה פאר אונזער דור דעם הייליגן רבי'ן צו ראטעווען אלע נשמות וואס פאלן אראפ אין עבירות און זיי ארויס נעמען פון שאול תחתית ומתחתיו.


די עצה פאר דיר איז אז דו זאלסט זיך מקרב זיין צום רבי'ן, דו זאלסט אנהייבן לערנען די הייליגע ספרים פון רבי'ן וועסטו טרעפן גוטע עצות ווי אזוי זיך צו ראטעווען פון די יצר הרע וואס פלאקערט אין דיר. מאך זיך א שיעור אין ספר 'קדושת ישראל' וואס איז געשטעלט אויף די עבירה, וואו עס ווערט געברענגט פול עצות ווי אזוי ארויס צו קריכן פון דעם, אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען דעם ספר 'אוצר הקדושה' וואס איז אויך פול מיט עצות ווי אזוי ארויסצוקרכן פון די עבירה; ווייל ווער עס פאלט אראפ אין די עבירה פון ניאוף, ער קוקט עבירות און נאכדעם איז ער פוגם בברית, ער איז מוצא זרע לבטלה איז אים זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם, דאס רייסט אויס די שכל און פארשטאנד פונעם מענטש ביז מען ווערט אומגליקליך, מען פארלירט אלעס - אפילו דאס געזונט, אזוי ווי דער שלחן ערוך זאגט (אורח חיים, סימן רמ, סעיף יד): "שִׁכְבַת הַזֶּרַע הוּא כֹּחַ הַגּוּף וּמְאוֹר הָעֵינַיִם, וְכָל זְמַן שֶׁתֵּצֵא בְּיוֹתֵר, הַגּוּף כָּלָה וְחַיָּיו אוֹבְדִים". מען פארלירט די גאנצע כח.


דער עיקר זאלסטו ארבעטן אויף צו זיין פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך לויפט ער נישט צו נארישקייטן, ער איז בעל הבית אויף זיך און ער קען קאנטרעלירן זיין מח. אלע עבירות קומען נאר פון עצבות און מרה שחורה, א מענטש פארלירט זיין שכל דעמאלט פאלט מען אראפ, אבער ווען א מענטש איז פרייליך, ער דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה, דעמאלט – זאגט דער רבי - היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון אלע שלעכטס ער זאל נישט אראפ פאלן אין פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיטן אייבערשטן, יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ – איז מער נישט דא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


אויך זאלסטו פאלגן דעם רבי'ן מיט די עצה פון התבודדות; זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר און אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן; וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן? איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר. הייליגער באשעפער ראטעווע מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן; איך האב א טייערע ווייב, זי איז אזוי גוט צו מיר, מיט דעם אלעם לויף איך קוקן אויף פרעמדע פרויען, איך האלט אין איין אראפפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דער לעבן איז מיר נמאס, איך זע נישט קיין שום וועג ארויס פאר מיר, נאר דו הייליגער באשעפער קענסט מיר ארויס נעמען פון דעם"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער אין וואס דו ליגסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#612 - זאל איך זאגן פאר מיין מאמע אז די עסן איז נישט גוט?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאמע זאגט מיר אלעמאל אז איך זאל איר זאגן אויב די עסן איז גוט געווען אדער נישט, ווייל אזוי וועט זי וויסן וואס איך האב ליב, און וואס זי זאל מאכן נאכאמאל. למעשה קומט עס אויס אסאך מאל צו זאגן... ס'איז אסאך מאל נישט גוט, און איך ווער נישט אויס מענטש, איך האב זיך אויסגעלערנט פון די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי מ'קען זיך אן עצה געבן אויך אן א גוטע סאפער.


איך ווייס נישט אויב איך זאל איר יא זאגן אז ס'נישט גוט, ווייל זי בעט מיר צו זאגן, אדער זאל איך איר נישט זאגן אז ס'נישט גוט, איר נישט מצער צו זיין אז זי קען נישט אזוי גוט קאכן.


כ'האף דער ראש ישיבה שליט"א האט אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויפיל מען זאל מכבד זיין טאטע מאמע האט מען נאך אלץ נישט יוצא געווען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי קידושין כ.): מען האט געפרעגט רבי אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם?" ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן, האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין", וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייטס פרעגן דמה בן נתינה, וואס איז געווען דער הויפט אין די מיליטער. "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שיך, "לִפְנֵי כּוּלִי שֶׁלּוֹ", אין פארנט פון אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אונטער אים, "וְנָפַל קוֹרְדִקְסִין שֶׁלָּהּ מִיָּדָהּ", און עס איז אראפ געפאלן די שיך פון איר הענט, "וְנוֹשִׁיט לָהּ, כְּדֵי שֶׁא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפ געבויגן און אויפגעהויבן די שיך און געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפ בייגן און זיך מצער זיין, זעט מען וואס הייסט אכטונג געבן אויף די כבוד פון א מאמע.


זאלסט קיינמאל נישט מצער זיין דיין מאמע; דו זאלסט איר אלץ געבן גוטע ווערטער, ווי למשל: "די עסן איז ממש א מחי'", "דאס עסן איז אזוי געשמאק", אזוי ווי דער 'תם' פלעגט זאגן פאר זיין ווייב: "וואס פאר א גוטסקייט און וואס פאר א וואוילקייט דאס זופ איז", עיין שם, וועסטו זיך איינקויפן עולם הזה און עולם הבא.


בפרט אז דו ביסט מקורב צום רבי'ן זאלסטו נאר רעדן פאזעטיוו צו דיין טאטע מאמע, ווייל ביים הייליגן רבי'ן איז די ערשטע זאך געווען "דרך ארץ"; דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וֶוען קֵסָרִין אוּן קֶענִיגְן וָואלְטְן גֶעוואוּסְט וָואס פַאר אַ דֶּרֶךְ אֶרֶץ אִיךְ לֶערְן מִיט מַיינֶע מֶענְטְשְׁן, וָואלְטְן זֵיי גֶעשִׁיקְט זֵיֶיערֶע קִינְדֶער לֶערְנֶען בַּיי מִיר דֶּרֶךְ אֶרֶץ", און דאס קען מען זען ביי תלמידי היכל הקודש ווי שיין זיי רעדן צו זייערע עלטערן מיט א דרך ארץ און ליבשאפט, בשעת ווען די אנדערע געשוויסטער רעדן נישט מיט אזא דרך ארץ - יעדער איינער לויט זיין מאס חוצפה, זעט זיך אן ווי שיין דער ברסלב'ער חסיד רעדט.


אנדערש וואו מען זאגט אויף אונז אז מיר זענען נישט נזהר אין די מצוה פון כיבוד אב ואם; דאס איז א ליגנט און א הוצאת שם רע, ווייל עס איז נישט דא נאך אזא דרך ארץ און אזא כיבוד אב ואם אין די וועלט וואו ביי ברסלב'ע חסידים. אמת טאקע, ווען עס קומט צום רבינ'ס זאך קוקט מען אויף גארנישט, מען טוט וואס דער אייבערשטער הייסט וכו'; מען פארט ראש השנה קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון אפילו טאטע מאמע ווילן נישט. אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט שרעקליכע רדיפות פון זיין טאטע, ער האט אים נאר געוואלט אוועק שלעפן פון רבי'ן, עד כדי כך אז ער האט צוגערעדט זיין שנור - רבי נתן'ס ווייב - זי זאל זיך גט'ן פון אים, א זאך וואס איז נישט געהערט געווארן, אבער שפעטער פלעגט ער אים רופן: "ר' נתן" מיט א ר', און רבי נתן איז נישט געווען באקוועם אז זיין טאטע רופט אים ר', פלעגט ער אים זאגן: "טאטע: פארוואס רופסטו מיר ר' נתן?" האט אים זיין טאטע געזאגט: "וואס זאל איך טון, דו ביסט דער איינציגסטער זון וואס איז מיר מכבד".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#611 - איך בין אסאך דורכגעפאלן, כ'האב נישט קיין טעם אין לעבן, וואס טו איך?
שמחה, תשובה, עבירות, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס איז שוין דורכגעגאנגען גאר אסאך אין לעבן, שוין פון גאר יונג האב איך זיך געשאפט א סמארטפאון און געזען דארט פארשטייט זיך כל דבר אסור, און זיך אנגעקניפט מיט שעדליכע עלעמענטן. זייט דעמאלט האב איך געהאט אסאך ירידות און עליות, איך האב געהאט גוטע צייט וואס איך האב זיך אריינגעלייגט אין לערנען און געווען ערליך און געשפירט גוט, ווידער האב איך צייטן וואס ס'קומט מיר צוריק אין מח די אלע שלעכטע זאכן, און איך וויל נאר זיין שלעכט, און אלעס אוועקווארפן.


איך שפיר נישט קיין שום טעם אין לעבן. באמת אין הארץ וויל איך זיין וואויל און טון דעם רצון ה', אבער די נסיונות זענען אסאך מאל שטערקער ווי מיר. איך מוז האבן א גוטע עצה ווי אזוי מצליח צו זיין אין מיין לעבן, און ווי אזוי צו האבן א סיפוק און טעם אין מיין לעבן.


פארן קיין אומאן, אדער אנדערע ברסלבע עצות, איז נישט גוט פאר מיר, ווייל מיין טאטע וועט מיר זיכער נישט לאזן.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט אריין געפאלן אין קוקן עבירות רחמנא לצלן, זיך פארבינדן מיט עבירות השם ישמרינו, און דו האסט אזויפיל געזינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, וואס אויף דעם שטייט (משלי ב, יט): "כָּל בָּאֶיהָ לֹא יְשׁוּבוּן וְלֹא יַשִּׂיגוּ אָרְחוֹת חַיִּים", ווער עס פאלט אריין אין דעם קען שוין נישט צוריק קומען צום אייבערשטן.


איין נחמה האסטו נאך; דער אייבערשטער האט אונז געשיקט א מתנה אין אונזער דור דער הייליגער רבי וואס האט רחמנות אויף אידישע קינדער - בפרט אויף די וואס פאלן אראפ אין עבירות, ער ווייזט זיי א וועג זיי זאלן קענען צוריק קומען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): אמת אז אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת ויחי, ריט:) אז ווער עס איז פוגם בפגם הברית, רחמנא לצלן, העלפט נישט קיין תשובה, אבער דער רבי זאגט "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט, רַק הוּא לְבַד", אז אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, נאר ער, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה, אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם" און ער זאגט אז עס העלפט יא תשובה.


איי וועסטו פרעגן ווי קען זיין אזא זאך אז דער רבי זאגט אנדערש פונעם זוהר הקדוש?! רבי נתן פרעגט דאס (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ד, אות ד): ווי אזוי קען זיין אזא זאך אז דער זוהר הקדוש זאגט אז ווען א מענטש איז פוגם בברית העלפט נישט קיין תשובה, און דער רבי זאגט אז עס העלפט יא תשובה? זאגט רבי נתן זייער א וויכטיגע זאך, וואס איז וויכטיג צו וויסן אין לעבן. אז באמת העלפט תשובה אויף יעדע עבירה, עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף, נאר וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, ווייל ווען א מענטש איז פוגם בברית רייסט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, דערפאר, ווען דער מענטש וויל תשובה טון דארף ער אריבער גיין דעם נסיון, ער דארף הערן ווי מען זאגט אים: "דו קענסט שוין נישט תשובה טון!" אויב האט ער שכל און ער זאגט: "איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן אויף קיין שום פאל, צי מען דארף מיר יא צי מען דארף מיר נישט, איך פונעם אייבערשטן וועל זיך קיינמאל נישט אפטיילן; איך נעם זיך פאר מער נישט צו זינדיגן, נישט קיין חילוק צי איך וועל יא ווערן א צדיק צי נישט, נישט קיין חילוק צי איך וועל מיר דארפן מיין גאנץ לעבן מוטשען", אזא איינער וועט זוכה זיין צו תשובה טון. אבער איינער וואס האט נישט קיין שכל נעמט דאס אן בפשטות, און זאגט: "איך קען שוין נישט תשובה טון, איך בין דערנאך".


דו בעטסט מיר אן עצה ווי אזוי דו קענסט ארויסקריכן פון די עבירות אין וואס דו זינקסט; אז דו ווילסט באמת ארויס קריכן פון דיינע שמוציגע מעשים נעם דעם רבינ'ס עצה, און אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן קענסטו נאך ארויס קריכן פון דיינע עקלדיגע מעשים; די עצה פאר דעם איז "תורה", אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי אים געענטפערט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט זיך מאכן א קביעות צו לערנען 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד"; זעט מען אז תורה קען יעדן איינעם העלפן און יעדן צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


בדרך כלל די אלע וואס זענען אראפ געפאלן אין ביטערע עבירות, בפרט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האבן שוין נישט קיין מח צו פארשטיין לערנען, ווייל דער מח איז זיי פארברענט געווארן פון די עבירה. די איינציגסטע וועג פאר זיי איז אז זיי זאלן נעמען דעם רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן סימן עו) און גורס זיין אסאך פרקים משניות, אפילו בלי הבנה כלל; דאס וועט זיי ארויס שלעפן פון זייער פלאנטער און זיי אפהאלטן פון זייער רגילות'ער.


ועל כולם זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות; שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן און בעט אים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט זיך ארויס זען פון די טומאה און פון די קליפות וואו דו ביסט איין געפאלן. בעט אים ער זאל דיר שוין געבן א שידוך אז דו זאלסט קענען זיין אפגעהיטן פון עבירות, דאס איז א עצה אויך פאר אמונה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן שכל צו פאלגן דעם רבי'ן וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך דיר טוישן, דו וועסט ווערן א פרייליכער מענטש און אן ערליכער איד.

#610 - וואס איז די יושר נישט צו געבן פאר א כלה טייערע צירונגען?
חתונה, אידיש געלט, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אייערע שיעורים, און איך מיט מיין גאנצע משפחה שעפן אסאך חיזוק און אמונה פון די שיעורים.


ביז עס איז אבער אנגעקומען די שמועס איבער די צירונגען פאר א כלה, דאס קען איך שוין נישט פארשטיין, און דאס טוט מיר זייער וויי.


איך האב געהערט אז איר האט געקויפט א זייגער פאר אייער כלה פאר בלויז 195$, ס'איז טאקע א שיינע זאך צו שפארן געלט, אבער כ'האב מורא אז מענטשן וועלן דאס אויסנוצן אויף נישט א ריכטיגן אופן.


איך פארשטיי נישט; א מיידל האט א געשמאקע לעבן, און זי גייט און זי איז זיך משעבד צו א מאן, זי נעמט זיך אונטער צו האדעווען קינדער, זי איז מוותר אויף איר שלאף, אויף איר האר, אויף אירע כוחות, און אויף אלעס, און זי האט חתונה מיט א בחור וואס איז א גרויסער ספק אויב ער וועט איר טאקע מכבד זיין, רוב היינטיגע חתנים זענען נישט אזעלכע זיסע צוקערדיגע מענער, און רוב חתנים שטייען נידריגער אין יראת שמים ווי די כלות.


איז דא כאטש איין זאך מיט וואס די כלה קען זיך טרייסטן, כאטש איין זאך מיט וואס זי ווערט באצאלט, דאס איז מיט די טייערע צירונגען, מיט דעם קען זי זיין אביסל פרייליך; און יעצט גייט מען און מען נעמט דאס אויך צו פון איר?! סתם חתונה האבן אומזיסט, נישט באקומען רעספעקט פונעם מאן, און זיין א שפחה בחנם?!


און בכלל איז דאס נישט גלייך אויף גלייך, אפשר זאל די מאמע אליין אויפנייען די בעקיטשעס און קליידער פאר'ן חתן, אזוי וועט עס אויך אויסקומען צו בלויז 159$? אפשר זאל דער חתן קויפן די ביליגע קאפל-שטריימל? אין די תורה זעט מען פארקערט, מ'זעט אז אליעזר האט געגעבן צירונגען פאר רבקה, אבער רבקה האט נישט געגעבן מלבושים פאר'ן חתן.


ביי אסאך מוסדות רעדט מען צו די מיידלעך אז זיי זאלן מוותר זיין אויף די טייערע צירונגען, און איך מיין אז דאס איז נישט ריכטיג. ס'איז טאקע א שיינע זאך חתונה צו מאכן אן חובות, אבער ס'איז נישט קיין חכמה צו צעקוועטשן די וואוילע פרויען בלויז ווייל ס'איז יעצט אין סטייל צו שפארן געלט ביי חתונות.


איך האף איר וועט מיר דאס קענען ענטפערן, און מזל טוב צו די שמחה, מיט אסאך נחת דקדושה.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען אז מיין זון - בני בכורי נרו יאיר איז א חתן געווארן למזל טוב מיט א מיידל א תלמידה פון בית פיגא ברסלב.


אסאך יארן האב איך געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר העלפן איך זאל טרעפן שידוכים פאר מיינע קינדער יונגערהייט כדי זיי זאלן גיין צו די חופה בקדושה ובטהרה, אויך האב איך געבעטן דעם אייבערשטן זייער אסאך איך זאל טרעפן א כלה וואס איז מקורב צום רבי'ן, א כלה וואס קומט פון א שטוב וואו דער רבי איז חשוב און געעהערט; א כלה וואס ווייסט וואס דער לעבן איז און וואס וויל חתונה האבן נישט פאר די פאר שעה פון די חתונה נאכט, נאר וואס וויל אויפשטעלן א ערליכע שטוב, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


דאס וואס איר פרעגט: "היתכן מען זאגט מען זאל געבן פאר די כלה נישט עכטע צירונגען וכו'"; איר דארפט פארשטיין אז די מענטשן וואס מאכן חתונה - רוב פון זיי האבן נישט קיין געלט פאר זייער טאג טעגליכער לעבן, כל שכן ווען עס קומט אונטער א שמחה, א צייט וואס מען דארף זיך פרייען, קענען זיי זיך אבער נישט באמת פרייען ווייל זיי דארפן שאפן געלט; ביז מען שאפט פון וואו צו בארגן איז א שווערע זאך און באצאלן די חובות איז נאך שווערער, ווייל אין די צייט וואס מען הייבט אן באצאלן קומט אונטער נאך א קינד חתונה צו מאכן און אזוי ווייטער. פון דעם געשעהט אז מענטש האלטן זיך אפ פון טון שידוכים מיט זייערע קינדער אין צייט, מען ווערט צעבראכן ביז מען ווערט נישט געזונט רחמנא לצלן.


ביי אונז אין די קהילה זענען פארהאן אינגעלייט וואס מאכן חתונה, זיי האלטן ביי זייערע ערשטע קינדער און זיי דערטרינקען זיך שוין אין חובות פון שווערע צענדליגער טויזנטער דאללער.


דערפאר האב איך געוויזן פאר מיינע תלמידים ווי גליקליך מען קען זיין מיט צירונגען וואס קאסט ביליג; ברוך ה' אז  אין היכל הקודש ביים רבי'ן איז שלום בית א יסוד היסודות, איך וואונטש פאר אלע אידישע פרויען זאלן האבן אזא שלום בית ווי ביי תלמידי היכל הקודש, און אז מען געבט פשוט'ע צירונגען לויט וויפיל מען פארמאגט וועלן די פרויען נישט ווערן פון דעם צעדרוקט, דער רבי האט אונז זייער מחזק געווען מיר זאלן מכבד זיין די ווייבער.


קיינער זאגט נישט אז מען זאל נישט געבן קיין מתנות פאר די כלה און קיינער זאגט נישט מען זאל נישט געבן צירונגען, אבער מען קען נישט געבן קיין טייערע צירונגען ווען מען האט נישט קיין געלט; מאכט א חשבון, וואס קאסט פאר א מחותן מתנות נאר פאר איין קינד? אנגעהויבן מיט די ברעיסלעט פון זעכצן הונדערט דאלער, נאכדעם די רינגל פון צוויי טויזנט דאלער, די זייגער צוויי טויזנט דאלער, אויערינגלעך צוויי טויזנט דאלער, נאכדעם א פערל קייטל פאר אכט הונדערט דאלער, און נאך א צירונג, האלט מען שוין כמעט ביי צען טויזנט דאלער; פרעג איך אייך, ווען דער מחותן האט די געלט קען מען נאך פארשטיין, אבער אז עס איז נישט דא קיין געלט איז דאך א הימל געשריי אז מען דארף געבן טייערע צירונגען.


זייטס נישט ברוגז אויף די מוסדות וואס לערנען אויס די קינדער זיי זאלן זיין צופרידן מיט א פשוט'ע וועג פון לעבן; געבענטשט זאלן זיין די מוסדות וואס רעדן צו מיידלעך זיי זאלן מסכים זיין צו נעמען א פאלשע שטיין ווען קיינער איז נישט קיין מבין און קיינער ווייסט נישט קיין חילוק פון א עכטע שטיין ביז א פאלשע שטיין, נאר דער וואס ארבעט מיט דיימאנטען וכו'.


אליעזר עבד אברהם האט געגעבן צירונגען לויט די פארמעגן פון אברהם אבינו און חס ושלום א מענטש זאל גיין בארגן געלט און נישט באצאלן צו קויפן טייערע צירונגען; מיר טארן נישט גיין גנב'נען כדאי צו מקיים זיין וואס אליעזר עבד אברהם האט געטון, מיר דארפן קוקן וויפיל מיר פארמאגן.


דאס וואס איר טענה'ט אז א פרוי ווערט נישט געשעצט אין שטוב זאל זי כאטש האבן אירע צירונגען וכו'; איך ווייס נישט אויב דאס איז טאקע אזוי ווי איר זאגט. לויט ווי איך פארשטיי, אויב א פרוי ווערט דערנידערט פון איר מאן און איר מאן וועט אהיים קומען און איר געבן א טייערע מתנה וועט זי צוריק ווארפן די מתנה אין פנים, זי וועט עס נישט וועלן אנטון; איז ממה נפשך פעלט נישט אויס קיין טייערע מתנות, ווייל אויב איז די פרוי די קעניגן אין שטוב, דער מאן רעדט צו איר ווי אן ערליכער איד, ער האט סבלנות און ער ווייסט אירע אומשטענדן און אירע צייטן וכו', אזא פרוי איז א געבענטשע פרוי, זי דארף נישט קיין טייערע צירונגען וואס קומט פון געבארגטע געלט, פון בלוטיגע געלט, זי פריידט זיך מיט איר מאן און קינדער; ווידעראום אויב די פרוי נישט חשוב, דער מאן פירט זיך מיט איר נישט ווי אן ערליכער איד, וועט זי נישט ווערן צופרידן פון טייערע צירונגען.


זייט מיר מוחל, איך האב נישט געמיינט צו מבזה זיין און צעדרוקן וואוילע פרויען; איך רעד זייער אסאך צו מיינע תלמידים זיי זאלן מכבד זיין די ווייבער, איך וויל פשוט אויסלערנען מיינע תלמידים זיי זאלן נישט אריין פאלן אין חובות, זיי זאלן זען אז מען קען חתונה מאכן קינדער אן אויסגעבן געלט אן בארגן געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#609 - ווי אזוי טרייסט מען זיך נאך די פטירה פון סקולענער רבי זצ"ל?
התחזקות, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א הארציגן יישר כח פאר אלע שיעורים און דרשות, כ'בין זיך ממש מחיה, דאס געבט מיר אסאך חיזוק אנצוגיין מדי יום ביומו.


פארגאנגענע וואך איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז דער גרויסער צדיק הרה"ק מסקולען זצוק"ל, דאס איז א געוואלדיגער קלאפ און ווייטאג, און איך בין ממש שבור ורצוץ פון דעם.


כ'האב געהאט די זכיה אסאך זיך צו דרייען ביי אים, און זיך אפגעשעפט חיזוק און חיות און געשמאק אין אידישקייט און אין שבת ויום טוב, כ'האב ממש נישט געגלייבט אז דאס קען פאסירן, כ'בין געווען זיכער אז מיט אים וועט מען גיין קעגן משיח'ן.


כ'האב אזויפיל מתפלל געווען ער זאל זיין געזונט און שטארק, און ליידער האלט מען שוין דא. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן דברי נחמה וחיזוק, פאר מיר און זיכער פאר נאך אידן וואס זענען צעקלאפט און צעבראכן פון דעם, ווי אזוי קען מען זיך טרייסטן און ווייטער אנגיין אין אזא מצב?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ה' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות תשובה, סימן פה): "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", אז א מענטש וויינט אויף אן ערליכער איד וואס איז אוועק פון די וועלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט מאכט מען זיך א חשבון הנפש און מען זעט וואס בלייבט פונעם מענטש: נאר תורה ותפילה, מצוות ומעשים טובים; דאס ברענגט אז מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, איך וויל אויך לערנען יעדן טאג תורה, איך וויל אויך אכטונג געבן מקיים צו זיין אלע מצוות"; דאס זאגט דער רבי: "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", דער וואס וויינט ווען אן ערליכער איד גייט אוועק פון די וועלט; ער ווייינט אויף זיך: "וואס וועט זיין מיט מיר? ווען וועל איך זיך שוין אויפהייבן פון מיין בלאטע? ווען וועל איך שוין אפלאזן אלע נארישקייטן?" דעמאלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף זיינע עבירות.


דער רחמנות איז אויף אונז; אויף דעם צדיק איז נישט קיין רחמנות ווייל ער גייט ארויף אויבן אין הימל און עס קומען אים אנקעגן אלע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיין תורה און תפילה אויף וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען אלע זיינע יארן, עס קומען אים אנקעגן אלע נשמות פון צדיקים און מען רופט אויס אין הימל: "מאכטס פלאץ פאר די נשמה וואס האט כל ימיו געלערנט תורה! מאכטס פלאץ פאר די נשמה וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער און האט אריין געברענגט תורה ביי אידישע קינדער, ער האט אריין געברענגט יראת שמים אין אידישע קינדער!" די רחמנות איז אויף אונז.


יעצט ווען דער סקולענער רבי זכרונו לברכה איז אוועק פון די וועלט דארפן מיר תשובה טון, מער לערנען און מער דאווענען אנצופולן דאס וואס פעלט יעצט אויף די וועלט.


איך האב זוכה געווען צו זיין זייער אסאך ביים סקולענער רבי זכרונו לברכה; פון אלץ קינד ביז מיין חתונה פלעג איך גיין יעדע איינציגסטע פרייטאג צו נאכטס צום טיש, אויך פלעג איך אלע יארן אום חול המועד באגלייטן מיין זיידע דער קארלסבורגער רב שליט"א ווען ער פלעגט גיין באזוכן להבחל"ח דעם סקולענער רבי זכרונו לברכה, איך פלעג מיט האלטן די שיינע שמועסן צווישן זיי און די ניגונים וואס זיי פלעגן זינגען. אויך אלץ יונגער בחור ווען איך האב געלערנט ביים סעדרעהעלי'ער רב שליט"א האבן מיר זיך געפונען דורכאויס די זוממער וואכן אינעם תחום שבת פונעם סקולענער רבי, פלעג איך זיך אריבער כאפן פרייטאג צו נאכטס און מוצאי שבתים, ווען מיר זענען געזיצן אין די באנגעלאו צוזאמען מיטן רבי'ן און מיט נאך אפאר בחורים, מען האט געזינגען לכבוד שבת און געהערט שיינע ווערטער וכו'.


דער עיקר דארף מען זיך אפלערנען פון די יראת שמים און די מידות טובות פונעם צדיק; דאס איז די גרעסטע מופת. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט): "וְעִקַּר הַחִדּוּשִׁים וְהַמּוֹפְתִים הַנּוֹרָאִים שֶׁרָאִינוּ מִמֶּנּוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הוּא רַק בְּעִנְיַן הִתְקָרְבוּת יִשְׂרָאֵל לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", דער עיקר מופתים וואס מיר האבן געזען ביים הייליגן רבי'ן איז געווען נאר אינעם ענין פון מקרב זיין אידישע קינדער צום הייליגן באשעפער, "שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁנִּכְנַס אֶחָד אֶצְלוֹ וְרָצָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, תֵּכֶף נֶהְפַּךְ מִיָּד לְאִישׁ אַחֵר מַמָּשׁ", אז יעדעס מאל ווען איינער וואס האט געוואלט ווערן אן ערליכע איד איז געקומען צום רבי'ן האט מען געזען ווי דער מענטש ווערט אן אנדערער מענטש.


דער אייבערשטער זאל אונז רחמנות האבן אויף אונז אלע און אונז שיקן דעם גואל צדק במהרה בימינו, אמן.

#608 - ווי אזוי שעמט מען זיך פונעם אייבערשטן?
התחזקות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק.


איך הער אסאך ביי די שיעורים אז מ'דארף זיך שעמען פונעם אייבערשטן, איך פארשטיי אבער נישט וואס דאס מיינט. זיך שעמען פון א מענטש פארשטיי איך אז דער מענטש מיינט דאך אז איך בין ווער ווייסט וואס, און פלוצלינג האט ער מיר געכאפט ביי די מעשה, ווער איך פארשעמט; ווען עס קומט אבער צום אייבערשטן, וואס ער באגלייט מיר ביי טריט און שריט, ער ווייסט אלעס וואס כ'האב געטון, גערעדט, און געטראכט מיין גאנץ לעבן, איז עס נישט אזוי ווי ער האט מיר פלוצלינג געכאפט ביי עפעס שלעכטס, ממילא וואס איז שייך זיך צו שעמען?


איך האף איר וועט מיר דאס קלאר שטעלן. יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאר דער הייליגער תנא רבי יוחנן בן זכאי איז נפטר געווארן זענען געקומען זיינע תלמידים זיך געזעגענען פון אים און זיי האבן אים געבעטן (ברכות כח:): "רֶבִּי, בָּרְכֵנוּ", דער רבי זאל אונז בענטשן פאר ער גייט אוועק פון די וועלט, האט דער הייליגער רבי יוחנן בן זכאי זיי געבענטשט מיט די פאלגענדע ברכה: "יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּהֵא מוֹרָא שָׁמַיִם עֲלֵיכֶם כְּמוֹרָא בָּשָׂר וָדָם", איך בענטש אייך אז איר זאלט מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי איר האט מורא פון א בשר ודם, האבן די תלמדים געפרעגט: "רֶבִּי, עַד כַּאן?" דער רבי געבט אונז אזא קליינע ברכה, מיר זאלן מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי מיר האבן מורא פון א בשר ודם און נישט מער? "אָמַר לָהֶם, וּלְוַאי", האט ער זיי געענטפערט: "הלואי זאלט איר מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי איר האט מורא פון א בשר ודם, ווייל דעמאלט וועט איר מער נישט זינדיגן", ווייל ווען א מענטש וויל טון אן עבירה זארגט ער זיך אז קיינער זאל נישט וויסן וואס ער טוט, ער פארמאכט אלע פענסטערס און אלע שפאלטענס אז קיינער זאל נישט אויסגעפונען וואס ער טוט, אבער דער מענטש טראכט נישט: 'געוואלד און געשריגן, דער אייבערשטער איז דאך דא, ער זעט אלעס וואס איך טו'.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז (בראשית רבה פז, ה) אז ווען אשת פוטיפר האט געמוטשעט יוסף הצדיק צו טון מיט אים אן עבירה, ווען זי האט געזען אז יוסף הצדיק דריידט זיך שטענדיג ארויס פון איר און ער וויל נישט טון די עבירה, האט זי אים פארגעשלאגן אז זי גייט צודעקן אלע פיקטשערס פון די ווענט און אזוי האט זי געטון, זי האט ארויפגעלייגט ליילעכער אויף אלע געטשקעס און אויף אלע פיקטשערס און געקומען צו יוסף און געזאגט: "יעצט זעט קיינער נישט וואס מיר טוען, יעצט זאלסטו מיר צו הערן", האט יוסף הצדיק געלאכט און געזאגט: "דיינע געטשקעס קענסטו צודעקן, די אלע בילדער קענסטו פארדעקן, אבער דער אייבערשטער איז דא און ער זעט אלעס, פון אים קען מען זיך נישט באהאלטן".


זוכה זיין צו האבן א ריינע אמונה, מען זאל שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא - דאס באקומט מען דורך דעם צדיק, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; אז מען פאלגט דעם הייליגן רבינ'ס עצה, מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, וואס מען דארף בעט מען דעם אייבערשטן און ווען מען קען נאר דאנקט מען דעם אייבערשטן - דורכדעם ווערט אויסגעקלארט די אמונה ביז מען הייבט אן שפירן אז "דער אייבערשטער איז דא", דעמאלט פירט מען זיך אויף איידל און מען רעדט איידל, דעמאלט איז מען זוכה צו לעבן מיט וואס דוד המלך זאגט (תהלים טז, ח): "שִׁוִּיתִי יְיָ לְנֶגְדִּי תָמִיד", איך לעב שטענדיג מיטן אייבערשטן, און מיט דעם הייבט זיך אן דער שלחן ערוך (אורח חיים סימן א, סעיף א): "שִׁוִּיתִי יְיָ לְנֶגְדִּי תָמִיד" - הוּא כְּלָל גָּדוֹל בַּתּוֹרָה וּבְמַעֲלוֹת הַצַּדִּיקִים הַהוֹלְכִים לִפְנֵי הָאֱלֹקִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א ריינע אמונה און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.