שאלה אין קורצן ענין
#16 - קענט איר מיר געבן הדרכות אויף מיין חתונה?
שלום בית, חתונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין פול מיט הכרת הטוב צום ראש ישיבה שליט"א פאר אלע חיזוק וואס איך באקום כסדר, און דערפאר וויל איך אייך מיטטיילן מיט מיין שמחה, אז איך גיי ברוך ה' חתונה האבן די קומענדיגע וואך.


איך האב אסאך געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א, איבער די מדריכים פאר חתנים אז זיי לערנען נישט אויס ווי עס דארף צו זיין, מיין מדריך האט מיר געזאגט אז מ'מעג טאקע לעבן און פארברענגען מיט די ווייב לויט די הלכה, אבער ס'איז קיין חסידישע זאך. האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס איז טאקע אמת.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן עפעס הדרכות צו מיין חתונה.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ווייסט אוודאי אז 'שלום בית' איז ביים רבי'ן געווען א יסוד היסודות. דער רבי האט זייער אסאך גערעדט צו אונז פון שלום בית און אונז זייער מזהיר געווען מיר זאלן זיך נישט קריגן מיט די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד); דעריבער זאלסטו זייער אכטונג געבן זיך נישט צו טענה'ען מיט דיין ווייב, זאלסט איר שטענדיג געבן גערעכט און דו זאלסט איר געבן געלט זי זאל קענען קויפן פאר זיך וואס זי דארף.


רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל, אז ווען עס איז געקומען צו קויפן קליידער פאר זיך האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד", אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְּאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס ער האט געקענט, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון.


אז דו וועסט נישט זיין קארג, דו וועסט איר געבן וואס זי דארף און דו וועסט זיך קיינמאל נישט מתווכח זיין - וועסטו האבן א זיס לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#15 - וואס איז יא די ריכטיגע וועג צו לערנען מיט חתנים?
הדרכות, הלכה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן בכפל כפלים.


איך האב געהערט א שיעור ווי איר רעדט זייער שארף קעגן די חתן מדריכים. איך האב געהאט א שטארקע חשק צו ווערן א חתן מדריך, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א געבן א שיעור פאר חתן מדריכים, און אויסלערנען וואס איז יא די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו לערנען מיט חתנים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מוהרא"ש האט מיר געבעטן איך זאל לערנען מיט חתנים - זיי אנגרייטן פאר'ן לעבן, האב איך געפרעגט מוהרא"ש: "איך דארף דאך האבן הדרכה צו וויסן וואס צו לערנען מיט זיי", האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "איך געב דיר הדרכה, זאלסט לערנען מיט חתנים וואס שטייט אין שלחן ערוך און חס ושלום צולייגן אדער אראפנעמען פון דעם".


דאס זעלבע איז ביי דיר; אז דו ווילסט לערנען מיט חתנים - זיי אנגרייטן פאר'ן לעבן זאלסטו מיט זיי לערנען וואס שטייט אין שלחן ערוך און חס ושלום צולייגן אדער אראפנעמען פון דעם, ווייל אז מען נעמט אראפ פון שלחן ערוך אדער מען לייגט צו - איז דאס גורם אז מען זאל אפלאזן די וועג פון די תורה.


זאלסט נישט לערנען מיט זיי קיין חומרות ופרישות ווייל דאס איז גורם אז מען זאל אלעס אפלאזן השם ישמרינו; דער הייליגער ווילנער גאון זכותו יגן עלינו זאגט: "אז מען לייגט צו צום שלחן ערוך ווערט מען א פורק עול; דער אייבערשטער האט אונז געגעבן תרי"ג מצוות, איינמאל מען לייגט צו נאך איין זאך, ווערט פון תרי"ג מצוות תרי"ד - תָּרִיד, דאס איז מרומז אינעם פסוק וואס שטייט (בראשית כז, מ): 'וְהָיָה כַּאֲשֶׁר 'תָּרִיד' - וּפָרַקְתָּ עֻלּוֹ', אז מען לייגט צו ווערט מען א פורק עול".


ליידער זענען דא חתנים מדריכים וואס לערנען מיט חתנים פאלשע לימודים, מען לערנט אויס עבודות און פרישות וכו', וכו'; דאס איז גורם אז אינגעלייט זאלן זיך צעטיילן, עס ווערן פון דעם גט'ן, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין עבירות רחמנא לצלן. אז דו ווילסט לערנען מיט חתנים זאלסטו לערנען מיט זיי די וועג פון די תורה, זאלסט גארנישט צולייגן צום שלחן ערוך, ווייל ביים רבי'ן איז געווען נאר וואס דער שלחן ערוך זאגט, און ווער עס לייגט צו צום שלחן ערוך, ער וויל זיין פרומער פון די תורה - איז אזוי ווי דער נחש הקדמוני, וואס קודם לייגט מען צו צום ציווי וואס דער אייבערשטער האט געזאגט (בראשית ג, ג): "לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ", דער אייבערשטער האט געזאגט מען זאל נישט עסן, און דער נחש האט געשטעלט א פנים ווי א 'פרומער' און צוגעלייגט: 'לֹא תִגְּעוּ בּוֹ', און דערנאך אראפ געווארפן אדם וחוה, וואס פון דעם איז ארויסקומען אלע שלעכטס.


וואס דארף מען מער ווי זיין א פשוט'ער איד? עס איז דאך אזוי גוט אז מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, מען לעבט מיט די תורה; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "איך בין צוגעקומען צו אלע מיינע מדריגות נאר ווייל איך האב זיך געפירט בתמימות ובפשיטות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#14 - ווי אזוי קענען מיר נעמען "היכל הקודש ברסלב" פאר אונזער וועגווייזער?
חסידות ברסלב, הדרכות, ספרי ברסלב, אשר בנחל, היכל הקודש, עצתו אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס א גרויסן יישר כח פאר אלע בריוו, ניגונים, און שיעורים, וועלכע האבן ממש אויפגעלאכטן אונזער שטוב, איך מיט מיין מאן האלטן אלעס מיט, און דאס געבט אונז א וועג אין לעבן, מיין מאן באשלאסן אז נאר אין היכל הקודש ברסלב איז דא דער ריכטיגער מהלך פאר א אידישע שטוב.


מיר האבן אבער אסאך ספיקות און שאלות ווי אזוי זיך צו פירן ביי אסאך זאכן, און מיר ווייסן נישט ווי אזוי אנצוקומען און צו קענען פרעגן אלע אונזערע שאלות. מיר ווילן וויסן ווי אזוי מיר קענען אנקומען צום ראש ישיבה שליט"א אונז צו פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז נאר דורכ'ן לערנען דעם רבינ'ס ספרים קען מען האבן א שייכות מיט'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים האט מען א גלייכן וועג אין לעבן, ווייל אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אין רבינ'ס תורות, אין ליקוטי מוהר"ן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", אז מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


אזוי אויך אז מען לערנט דעם ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זיבעציג טויזנט בריוו, קען מען זען די גלייכע וועג אין לעבן; מען ווייסט ביי יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן, ווער עס האט א פראגע קען זען אין אשר בנחל קלארע תשובות ווי אזוי זיך צו פירן. מוהרא"ש האט געזאגט אז יעדער וואס האט א שאלה זאל עפענען אן "אשר בנחל" וואו ער וועט טרעפן א תשובה; דאס איז בדוק ומנוסה.


אויך זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין ספר "עצתו אמונה"; יעדער בריוו איז שכל פאר'ן לעבן, יעדע בריוו איז שייך פאר יעדן מענטש, פון יעדע בריוו קען מען ארויסנעמען נאך שכל פאר'ן לעבן. מאכט זיך א שיעור דערין, יעדן טאג זאלט איר לערנען אפאר בריוו, אלע ספיקות און שאלות וועלן אייך פארענטפערט ווערן; אלעס וואס שטייט אין די בריוו איז גענומען פון מוהרא"ש, פון ספר אשר בנחל, עס איז געשריבן אויף א שפראך פאר'ן היינטיגן דור.


נאר אזוי וועט איר האבן שייכות מיט היכל הקודש, אזוי ווי מוהרא"ש האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האט זיך געשטופט דוקא אנצוכאפן מוהרא"ש'ס האנט ביים טאנצן: "דו ווילסט מיר אנכאפן? לערן אשר בנחל, אזוי וועסטו מיר אנכאפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#13 - קענט איר מיר געבן הדרכה צו מיין חתונה?
שלום בית, הדרכות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט א בחור פון ארץ ישראל וואס הערט אויס אלע שיעורים, און דאס געבט מיר חיזוק אנצוגיין אין לעבן, און איך האב שוין עטליכע מאל געענדיגט ששה סדרי משנה.


איך בין ברוך ה' א חתן געווארן, מיין חתונה איז אין צוויי חדשים ארום, און איך האב געוואלט באקומען הדרכות ווי אזוי צו צוצוגיין צו די חתונה.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער יסוד היסודות פון שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן; אויב עפעס טוט וויי דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיט'ן צווייטן. אויב מען רעדט נישט, אדער איינער האט מורא פונעם צווייטן צו רעדן איז דאס א חסרון אין שלום בית.


ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד היסודות; דער רבי האט נישט געלאזט קומען צו אים אן א ווייב און דער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל האלטן חשוב די ווייב, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שיחות הר"ן (סימן רסד) אז דער רבי האט געבעטן מיר זאלן האלטן חשוב און רעדן שיין צו די ווייב; דער רבי האט געזאגט: "הַלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּידָה וְהַגִּידוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם, בְּכַמָּה אוֹפַנִים הַקָּשִׁים וּכְבֵדִים מְאֹד מְאֹד וְכוּ' וְכוּ'", די פרויען גייען אריבער אסאך יסורים און אסאך צער; צער העיבור, צער הלידה און צער פון מגדל זיין די קינדער וכו'.


דעריבער אז דו גייסט יעצט צו די חתונה, זאלסטו שטענדיג אכטונג געבן אויף דיין ווייב; זאלסט רעדן צו איר שיין און איר געבן אסאך גוטע ווערטער, קיינמאל נישט טענה'ן מיט איר; מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך זאגן: "מיט א ווייב טענה'ט מען נישט א ווייב איז אלץ גערעכט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת, זאלסט שטענדיג זוכן ווי דו קענסט אויפבויען דיין ווייב, איר געבן גוטע ווערטער, אזוי וועט זי טון שטענדיג דיין ווילן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי", א פרוי ווערט איינס מיט'ן מאן נאר אויב ער מאכט ער פאר א כלי; ווי מוהרא"ש איז דאס מסביר, אז אויב מען בויט אויף די ווייב, מען מאכט איר פאר א גאנצע כלי, מען הייבט איר אויף מיט גוטע ווערטער: "דו קענסט יא", "דו ביסט יא", "דו ביסט מיין לעבן", וכו' וכו' ווערט זי א געבויטע כלי און זי וועט ווערן איינס מיט דיר, ענקער שטוב וועט זיין א משכן, א פלאץ פאר השראת השכינה .

#12 - וואס טו איך אז מיין ווייב איז זייער פרום?
שלום בית, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב איז זייער פרום, איך וויל וויסן וואס איך קען טון דערצו, ווייל איך האב שווערע נסיונות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן ביי וועם מען נעמט הדרכה ווי אזוי זיך צו פירן נאך די חתונה וכו'; זייער אסאך אינגעלייט און ווייבלעך מוטשען זיך נאך די חתונה וכו' נאכדעם וואס מען האט מיט זיי געלערנט חומרות און פרישות; דאס מאכט מען זאל זיך נישט פארשטיין און מען פאלט נאכדעם דורך אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן.


מוהרא"ש איז געווען זייער ברוגז אויף די מדריכים און מדריכות וואס לערנען מיט חתנים און כלות פרישות מיט חומרות, אדער די וואס לערנען אויס הנהגות פון צדיקים שרפי מעלה פאר פשוטי עם - חתנים און כלות פשוט'ע מענטשן; מען דערשרעקט זיי מיט שרעקעדיגע עונשים: קראנקע קינדער, שטומע קינדער, בלינדע קינדער וכו' וכו' השם ישמרינו, דאס איז נישט אמת און איז אנקעגן די הלכה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן בפירוש (נדרים כ:) אז מען פסק'נט נישט אזוי ווי די אלע עונשים, נאר מען פסק'נט אז מען וועט האבן געזונטע קינדער וכו'.


עס רייסט דאס הארץ ווען מען זעט אינגעלייט און ווייבלעך פאלן נעבעך אראפ אין עבירות, אלץ נאר ווייל מען האט זיי מדריך געווען מיט קרומע דיעות באיצטלותא דרבנן; פארפוילטע שיטות פון פארקרומטע מוחות וואס זעט אויס מיט א לשון פון אן עובד השם השם ישמרינו; ווען מען זאל זיי לערנען די הייליגע וועג פון די תורה וואלטן זיי נישט אראפגעפאלן אין שלעכטע זאכן.


קוק נישט אראפ דיין ווייב תחי', זי איז נישט שולדיג; זי וויל טון וואס דער אייבערשטער הייסט, זי וויל טון דעם רצון השם. זי מיינט אז וואס די כלה טיטשער האט איר איינגערעדט דאס איז רצון השם, בעט איך דיר זאלסט איר נישט אראפרייסן; מאך נישט חוזק פון איר, ווייל זי ווייסט נישט וואס איז הלכה און וואס איז חומרות ופרישות, קוק אויף איר מיט שעצונג אז זי איז פעלזן פעסט מיט אידישקייט.


איך וואלט דיר גע'עצה'ט זאלסט אריבער גיין מיט דיין ווייב צו אן ערליכער איד וואס פירט זיך על פי תורה און איז מדריך זיינע מענטשן על פי די הייליגע תורה, ער וועט ענק מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן אן קיין חומרות און פרישות; ער וועט איר מסביר זיין ווי אזוי מען לעבט א אידישע לעבן, ווען זי וועט עס הערן פון אים וועט זי אפלאזן אלע חומרות און פרישות, וועט איר האבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 

#11 - איך דארף הדרכה אויף מיין חתונה
חתונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן, דריי וואכן פאר מיין חתונה, און איך האב אסאך ספיקות ווי אזוי איך דארף זיך פירן אינדערהיים נאך די חתונה. פון איין זייט האב איך אסאך געהערט אז מ'דארף זיך האלטן מיט פרישות אינדערהיים, קדש עצמך במותר לך, אבער פון די אנדערע זייט פארשטיי איך פון די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א אז א מענטש דארף זיך אליין גוט קענען, ער דארף וויסן וואו ער שטייט אויף דער וועלט, און לויט דעם זיך פירן אין שטוב.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר קלארשטעלן ווי אזוי מ'דארף זיך צו פירן.


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות.


הערשל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הערשל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט שייך צו שרייבן פון דברים שהצניעות יפה להם; אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאלסטו נעמען דעם שלחן ערוך פאר דיין וועג ווייזער. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג נאכזאגן פונעם חזון איש זכותו יגן עלינו אז ווען מען האט אים געפרעגט צי היינט איז דא די אורים ותומים, האט ער געענטפערט: "מיין אורים ותומים איז דער שולחן ערוך; ווען איך דארף וויסן ווי אזוי זיך צו פירן קוק איך אין שלחן ערוך".


"קַדֵּשׁ עַצְמְךָ" - זאגט מוהרא"ש - זאלסט זיך הייליגן און נישט טון קיין עבירות, ווי אזוי? "בַּמֻּתָּר לָךְ" – אז דו וועסט טון וואס דער תורה איז מתיר און זיך נישט פירן מיט קיין פרישות וועסטו זוכה זיין צו זיין הייליג און אפגעהיטן פון עבירות.


אנטלויף פון אלע מדריכים וואס לערנען הנהגות פון פרישות וכו'.

#10 - ווי אזוי קען איך באקומען די ריכטיגע הדרכה צו מיין חתונה?
חתונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן, איך וואוין אין ארץ ישראל, און מיין גאנצע לעבן איז נאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א. יעצט ווען איך האלט פאר די חתונה האב איך זייער מורא צוצוגיין צו די חתונה מיט חתן שיעורים פון א מדריך וואס לערנט נישט אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט, איז דא עפעס א וועג ווי אזוי איך קען באקומען די ריכטיגע הדרכה פאר מיין חתונה?


א גרויסן יישר כח, בערל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן בערל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן אז אין ברסלב איז געווען זייער א גרויסער צדיק הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות נדה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צו לייגן קיין שום פרישות, נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און אין די אומריינע טעג זאל מען היטן אלע הלכות.


דעריבער זאלסטו דורך לערנען הלכות טהרה אן א שיעור מאל. מוהרא"ש פלעגט כסדר מעורר זיין די אינגעלייט זיי זאלן לערנען הלכות טהרה אן א שיעור מאל, היות דער הייליגער צדיק רבי אורי מסטרעליסק זכותו יגן עלינו האט גע'חזר'ט הלכות טהרה איבער טויזנט מאל; פלעגט מוהרא"ש זאגן: "אז דער הייליגער צדיק, וואס איז געווען מובדל ומופרש פון די וועלט, ווי מען האט אים גערופן 'דער שרף פון סטרעליסק' האט איבער גע'חזר'ט טויזנט מאל הלכות טהרה, וואס זאלן מיר זאגן?"


הער נישט צו צו די וואס לערנען פרישות און חומרות וכו', ווייל חומרות נעמט אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן; מיר האבן א שלחן ערוך, נעם דיר דעם שלחן ערוך פאר דיין וועג ווייזער און ריר דיך נישט אוועק דערפון - נישט אראפ צו נעמען און נישט צוצולייגן, וועט דיר אייביג גוט זיין.


קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז: פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


זיי מיר מוחל אז איך האב מקצר געווען בשעת איך וואלט ווען געדארפט מאריך זיין, אבער עס איז זייער שווער צו שרייבן הדרכות פון בינו לבינה מפני הצניעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו בויען א בית נאמן בישראל און אויפשטעלן שיינע ערליכע דורות.

#9 - האט מוהרא"ש זי"ע געשריבן הדרכות פאר ענינים שבינו לבינה?
שלום בית, חתונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן אויב ס'איז דא פון מוהרא"ש זי"ע הדרכות פאר אינגעלייגט בדברים שבינו לבינה, און אויב יא וואו מ'קען דאס באקומען?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט דא קיין נושא וואס מוהרא"ש זאל נישט האבן געשריבן דערויף; מוהרא"ש האט געשריבן איבער טויזנט קונטרסים און אן א שיעור ספרים, ועל כולם האט ער געשריבן איבער זיבעציג טויזנט בריוו במשך זיין לעבן - דאס זענען די פילע בענדער "שאלות ותשובות אשר בנחל". יעדע חודש ווערן געדרוקט נאך בענדער, עס האלט שוין יעצט ביי חלק ק"ע און עס דארף נאך ווערן געדרוקט ביז חלק ר"נ. די פילע בריוו ענטהאלטן עצות און הדרכה אויף יעדע שאלה וואס איז נאר דא און א לעזונג פאר יעדע סארט פראבלעם וואס קען נאר פאסירן.


בהנהגות בינו לבינה וכו' האט מוהרא"ש שטענדיג געזאגט אזוי: "איך קען נישט שרייבן אויף דעם א ספר בפרטיות, ווייל מיינע ספרים קומען אן איבעראל, עס איז 'יד כל אדם ממשמש בו'", אבער אפילו הכי האט מוהרא"ש אלעס געשריבן אין די בריוו, פארשטייט זיך נישט ארויסגעשריבן וכו' נאר בבחינת תן לחכם ויחכם עוד.


מוהרא"ש האט נישט מיט גענומען מיט זיך קיין סודות, אלעס וואס ער האט געהאלטן וכו' האט ער געשריבן אין זיינע ספרים און דאס איבער געגעבן פאר די קומענדיגע דורות, בפרט אין די בריוו, דארט קען מען אלעס טרעפן.


טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין אשר בנחל; אז עס איז דיר גרינגער אידיש זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין די אידישע אשר בנחל, אזוי וועסטו וויסן אויף יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן. וואס זאל איך דיר זאגן, "הֲפָךְ בָּהּ וַהֲפָךְ בָּהּ, דְּכֹלָּה בָהּ!" וואס דו ווילסט וויסן וועסטו דארט טרעפן, און ווען דו דארפסט נאר חיזוק וועט דיר מוהרא"ש מחזק זיין.


אויב דו קענסט נישט טרעפן אין די ספרים גענוי וואס דו זוכסט און זיין א מבין דבר מתוך דבר וכו' איז כדאי דו זאלסט זיך דורך רעדן מיט אן ערליכער איד וואס זאל דיר מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן. מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו ווערן פארפירט פון פארפירערס וואס זענען מדריך אינגעלייט מיט חומרות, און מען דארף וויסן וועם צו פרעגן.


ווען עס קומט צו פרעגן הנהגות אין לעבן, מען זוכט מיט וועם זיך שואל עצה צו זיין, דארף מען זוכן א צדיק וואס האט רחמנות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן כא): "כְּשֶׁתִּרְצֶה שֶׁיִּתְפַּלֵּל עָלֶיךָ אֵיזֶה צַדִּיק, תֵּלֵךְ לְצַדִּיק שֶׁהוּא רַחֲמָן", ווען דו ווילסט אז א צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטער פאר דיר, זאלסטו אויפזוכן א צדיק וואס איז א רחמנות'דיגער; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן לט): "מוּטָב לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְצַּדִּיק שֶׁהוּא רַחֲמָן", עס איז בעסער צו זיין מקורב צו א צדיק וואס האט רחמנות; דאס הייסט ער ווייסט און פארשטייט דעם מהות פונעם מענטש, זיינע נאטורן און אלעס וואס ער גייט אריבער וכו', אזוי קען ער מדריך זיין דעם מענטש לויט זיין מצב וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#8 - ווי אזוי קען איך זיך ארויסדרייען פון זיצן אין כולל נאך די חתונה?
לימוד התורה, הדרכות, היטן די צייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע דרשות וואס האט מיר ממש געראטעוועט דאס לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כוחות אויף ווייטער.


איך בין א חתן וואס האלט פאר די חתונה, די שמחה איז גרויס אז איך גיי אנהויבן א נייע לעבן ווי א מענטש, אבער איין זאך קרענקט מיר, דאס איז ווען איך טראכט פון כולל. מען האט זיך אויסגענומען אז איך גיי לערנען אין כולל פאר פינף יאר, איך קען טאקע לערנען און איך האב ליב צו לערנען, איך קען גוט גרויסע חלקים אין ש"ס און אין הלכות שבת, נאכאלץ שטערט מיר זייער אז איך גיי דארפן קוועטשן די באנק אין כולל פאר אזוי לאנג, נאכדערצו ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א לייגט עס אראפ אז ס'קומט אויס קוים 5 טעג א חודש וואס מ'לערנט טאקע מיט א חברותא. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה ווי אזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט דעם כולל פראבלעם.


יישר כח, שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן שלמה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי געבט אונז לעבן, שכל ווי אזוי צו לעבן און כח מיר זאלן זיך נישט פארלירן אין די שווערסטע צייטן.


בנוגע צי דו זאלסט לערנען אין כולל וכו'; זיי מיר מוחל אבער איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. פון איין זייט שרייבסטו אז דו קענסט לערנען און דו האסט ליב צו לערנען, דו האסט שוין געלערנט א גרויס חלק פון ש"ס, אויך האסטו שוין דורכגעלערנט הלכות שבת, פון די אנדערע זייט שרייבסטו אז דו ווילסט נישט לערנען? דערפאר ווייס איך נישט וואס צו טראכטן.


איין זאך קען איך דיר זאגן: "גיין ליידיג טאר מען נישט"; נישט קיין חילוק צי מען האט זיך אויסגענומען צי לערנען איין טאג צי מען האט זיך אויסגענומען אז מען גייט לערנען פינף יאר. אויב איז אזוי ווי דו זאגסט - אז דו לערנסט, וואלט איך דיר געזאגט זאלסט גיין אין כולל לערנען, טראכט נישט פון דעם קומענדיגן יאר, טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רעב) אויפן פסוק (תהלים צה, ז): הַיּוֹם אִם בְּקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ – "זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם שֶׁלֹּא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם, הֵן בְּעֵסֶק פַּרְנָסָה וְהִצְטָרְכוּתוֹ, צָרִיךְ שֶׁלֹּא יַחֲשֹׁב מִיּוֹם לַחֲבֵרוֹ כַּמּוּבָא בַּסְּפָרִים, וְכֵן בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ לֹא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה", ווען א מענטש וויל אנהייבן עפעס צו טון סיי ברוחניות און סיי בגשמיות דארף ער נעמען דעם כלל פאר זיך – 'צו קוקן נאר אויפן היינטיגן טאג'; "כִּי כְּשֶׁרוֹצִין לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה' נִדְמֶה לְהָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַשָּׂא כָּבֵד, וְאִי אֶפְשָׁר לוֹ לִשָּׂא מַשָּׂא כָּבֵד כָּזוֹ", ווייל ווען מען וויל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן דאכט זיך פארן מענטש אז ער נעמט אויף זיך א שווערע לאסט, און דאס ברענגט דעם מענטש צו טראכטן אז מען קען נישט נעמען די עבודה, "אֲבָל כְּשֶׁיַּחֲשֹׁב שֶׁאֵין לוֹ רַק אוֹתוֹ הַיּוֹם, לֹא יִהְיֶה לוֹ מַשָּׂא כְּלָל", אבער אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג איז עס בכלל נישט שווער, "וְגַם שֶׁלֹּא יִדְחֶה אֶת עַצְמוֹ מִיּוֹם לְיוֹם לֵאמֹר מָחָר אַתְחִיל, מָחָר אֶתְפַּלֵּל בְּכַוָּנָה וּבְכֹחַ כָּרָאוּי, וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה בִּשְׁאָר הָעֲבוֹדוֹת, כִּי אֵין לְאָדָם בְּעוֹלָמוֹ כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה שֶׁעוֹמֵד בּוֹ, כִּי יוֹם הַמָּחֳרָת הוּא עוֹלָם אַחֵר לְגַמְרֵי", אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג וועט מען דאס נישט אפשטופן אויף מארגן און מען וועט נישט זאגן: "מארגן וועל איך גיין דאווענען", "מארגן וועל איך אנהייבן וכו'", ווייל איך האב דאך נאר דעם היינטיגן טאג. מיט דעם טייטשט דער רבי: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", 'הַיּוֹם' דַּיְקָא, וְהָבֵן, עיין שם.


טייערער חתן, גיי צו דיין חתונה מיט די הקדמה פון רבי'ן, אז: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ, 'הַיּוֹם' דַּיְקָא", איך האב נאר איין טאג - דעם היינטיגן טאג, דורכדעם וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


אז דו האסט די מעגליכקייט צו לערנען און דו האסט ליב צו לערנען זאלסטו זיכער בלייבן לערנען; אבער אויב דו לערנסט נישט, דו קענסט טאקע לערנען און דו פארשטייסט גאר גוט לערנען אבער למעשה גייסטו ליידיג, דו זעסט זיך בטל'ן צייט, עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך אן עפענען א ספר, זאלסטו זיך גלייך טרעפן א פרנסה כדי דו זאלסט נישט אריין פאלן אין שלעכטע זאכן, ווייל גיין ליידיג איז די ערגסטע זאך. די הייליגע חכמים זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", גיין ליידיג ברענגט צו עבירות און צו דעפרעשן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#7 - וויפיל איז דער שיעור פון "קדש עצמך במותר לך"?
שלום בית, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, מיט א גוטע שלום בית ב"ה, איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם ענין פון "קדש עצמך במותר לך", וויפיל איז דער שיעור? און ווי ווייט גייט עס אז מ'דארף זיך הייליגן?


איך וועל זייער דאנקבאר זיין אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין ברסלב איז געווען זייער א גרויסער צדיק הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכרונו לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"). ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש; ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעמען ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות של בינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעך, הִיט אַייך פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן אין הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות נדה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו', און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף דער וועלט.


וויסן זאלסטו אז מיר לעבן היינט אין א דור פון הפקירות און פריצות, די גאס איז אויסגעלאסן מיט די עקעלדיגסטע אויסגעלאסענסטע עבירות רחמנא לצלן און עס איז נישט מעגליך מען זאל נישט דורך פאלן מיט עבירות רחמנא לצלן, אבער אז מען האט חתונה - דאס ראטעוועט דעם מענטש פון שלעכטע מחשבות און פון עבירות, ווייל אז מען האט 'פַּת בְּסַלּוֹ', מען האט א ווייב - דאן זוכט מען נישט קיין עבירות.


וואס טוט דער יצר הרע? ער וויל דאך אראפ ווארפן דעם מענטש; איז ער זיך מתלבש אין מצוות און רעדט איין דעם מענטש ער זאל זיין אפגעשיידט אין שטוב וכו', אזוי וועט ער גיין זוכן שמוץ.


דאס זאלסטו גוט וויסן: "פרישות איז מעשה בעל דבר"; ווייל ווען א מענטש האט חתונה היט אים זיין ווייב אפ פון עבירות, און די אלע מחשבות וואס דער מענטש האט צו זיין א פרוש - דאס איז מעשה בעל דבר אים אריין צו כאפן אין א פאסטקע און אים מכשיל זיין מיט עבירות.


 דאס וואס דו פרעגסט וואס טוט מען מיט דאס וואס חכמינו הקדושים זאגן (ספרי דברים, סימן קא) אויפן פסוק (דברים יד, כא): "כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה" - "קַדֵּשׁ אֶת עַצְמְךָ בַּמּוּתָּר לָך"; אדרבה, דאס מיינט מען צו זאגן אז מען זאל זיך הייליגן און זיך "נישט" אפשיידן, אזוי וועט מען זיין הייליג און נישט צו קומען צו קיין ביטערע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות יום הכיפורים, הלכה א, אות א): "ווער עס האט נישט חתונה איז פגום בברית".


דערפאר האט דער הייליגער רבי זייער מקפיד געווען מען זאל חתונה האבן; דער רבי האט נישט געלאזט בחורים קומען צו אים, אויב א בחור איז געקומען צום רבי'ן, האט ער אים געזאגט: "גֵיי אַהֵיים אוּן קוּם צוּרִיק צוּ מִיר מִיט אַ טַלִּית", דאס מיינט ווען דו וועסט חתונה האבן – וואס דעמאלט טוט מען אן א טלית - זאלסטו צוריק קומען צו מיר.


ווייל נאר אזוי קען מען זיין אפגעהיטן פון עבירות; בפרט אין אונזער דור וואס איז ערגער פון דור המבול - איז נישט דא קיין אנדערע וועג צו זיין הייליג, נאר אז מען לעבט מיט א ווייב אן קיין פרישות. אז מען לעבט אין שטוב אן פרישות איז מען זוכה צו א ריינע מח-מחשבה און מען איז אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, מה שאין כן אויב מען איז זיך פורש וכו' קען מען אראפפאלן אין נישט גוטע זאכן.


איך האף אז דו וועסט ארויס נעמען פון דעם בריוו הנהגות ווי אזוי זיך צו פירן; עס איז נישט שייך מאריך צו זיין אין דעם ענין וכו', אבער איין זאך זאלסטו געדענקען, דאס וואס רבי אברהם בן רבי נחמן פלעגט זאגן: "קִינְדֶערְלֶעך, הִיט אַייך פוּן כְּרִיתוּת", ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און ווען מען טאר נישט - טאר מען גארנישט וכו'.


אנטלויף פון די אלע פאלשע מדריכים וואס לערנען אויס פאר חתנים און כלות חומרות, ווייל אלע וואס פאלן אראפ אין עבירות איז דאס נאר ווייל מען האט זיי געלערנט די פאלשע לימודים פון פרישות וכו', דערפאר גייען זיי זוכן שמוץ.


א שאד אז מען לערנט דאס נישט מיט חתנים און כלות; אנשטאט צו לערנען מיט חתנים און כלות די הלכות אזוי ווי עס דארף צו זיין, ווי אזוי צו לעבן מיט ליבשאפט וכו', לערנט מען מיט זיי אלע סארט דמיונות, שטותים און נארישע חומרות וואס דאס איז גורם אזוי פיל גיטין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#6 - איך האב ב"ה חתונה געהאט, אבער איך פאל נאכאלץ אראפ
קדושה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט אפאר יאר צוריק, פאר בערך א האלב יאר צוריק בין איך אנגעקומען צו די חיזוק יומי און די דרשות, און פון דעמאלט האט מיר זיך מיין לעבן געטוישט אין אלע הינזיכטן, בפרט אין אמונה און אין שלום בית, און אזוי ווייטער.


איך האב אבער איין זאך אויף וואס איך דארף נאך אסאך חיזוק, ליידער ליג איך נאך אין בלאטע, איך פאל אסאך אין קדושה, ליידער פאל איך נאכאלץ דורך אין פגם הברית רחמנא ליצלן, און וויפיל איך פרוביר זיך צו שטארקן גייט עס מיר נישט. איך האב שוין פארגאסן טייכן טרערן פאר'ן אייבערשטן, איך בין אבער נאכנישט געהאלפן געווארן.


איך האב עס נישט דערציילט פאר קיינעם, איך שרייב עס אבער פאר אייך ווייל איך שפיר אז איר וועט מיר קענען געבן א וועג ארויס דערפון מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


איך ווארט זייער שטארק צו הערן פון אייך אן הדרכה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט א ווייב, דו האסט חתונה געהאט און נאך אלץ פאלסטו אראפ אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, קען זיין אז מען האט דיר געגעבן א פארדרייטע תורה; ליידער ליידער זענען פארהאן מדריכים וואס זענען מדריך חתנים צו לעבן מיט פרישות, מען פארדרייט זיי דאס לעבן און דאס איז גורם אז אינגעלייט זאלן פאלן אין עבירות רחמנא לצלן.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שפיי אויס אלע פאלשע לימודים וואס מען האט דיר געלערנט. אונזער וועג ווייזער איז די הייליגע תורה; נעם דעם שלחן ערוך פאר דיין וועג ווייזער, אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן אז מען האט געפרעגט דעם חזון איש זכותו יגן עלינו צי היינט איז דא די אורים ותומים, האט ער געענטפערט: "מיין אורים ותומים איז דער שולחן ערוך; ווען איך דארף וויסן ווי אזוי זיך צו פירן קוק איך אין שלחן ערוך".


אנטלויף פון די מניוולים וואס שטעלן זיך אהער ווי פרומע מענטשן און זיי נארן אריין אומשולדיגע אינגעלייט און ווייבלעך מיט זייערע פאלשע הדרכות, וועסטו שוין נישט פאלן אין פגם הברית.


עס איז נישט שייך צו שרייבן אין א בריוו ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב על פי תורה, מפני הצניעות; נעם די הייליגע גמרא מיט'ן שלחן ערוך וועסטו זען ווי אזוי מען קען לעבן א ריינע לעבן אן אראפפאלן אין עבירות.


הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכרונו לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים") ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בדברים שבינו לבינה וכו', פלעגט ער זאגן איין זאך: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת", געבט אכטונג נישט נכשל צו ווערן אין כריתות; ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו'; און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - וויפיל דארף א אינגל לערנען?
לימוד התורה, חינוך הילדים, מדות טובות, הדרכות, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגל, 11 יאר אלט, און איך האב זיך געוואלט קודם באדאנקען אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר צוריק געענטפערט, ס'האט מיר זייער מחזק געווען. אויך האב איך דעם מוצאי שבת זוכה געווען צו מאכן א סיום אויף גמרא מסכת ברכות.


איך האב געוואלט פרעגן אפאר שאלות.


1.     מיר האבן ב"ה א גרויסע משפחה מיט שוועסטערס און ברידער, און איך שטער זיי אסאך מאל. איך האב שוין אפאר מאל געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיי נישט שטערן, אבער דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויף מיר. וואס קען איך טון.


2.     דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די דרשות אז ס'איז נישט גוט צו ליינען קאמיקס, און אויך מיין טאטע זאגט אזוי. אבער די מיידלעך ביי אונז ברענגען עס יא אריין, און איך האב עס זייער שטארק ליב צו ליינען, וואס קען איך טון? מיין מאמע קויפט מיר טאקע ביכער פון ספורי צדיקים, אבער איך ענדיג עס זייער שנעל.


3.     איך וויל לערנען אסאך תורה, איך ווייס אבער וואס דער ראש ישיבה שליט"א אז א אינגל דארף אויך שפילן, נישט נאר לערנען די גאנצע צייט. איך קום אהיים פון חדר יעדן טאג אום האלב זעקס, און איך וויל וויסן א סדר וויפיל איך זאל לערנען פאר מיר אליין אין מיין צייט.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הילד הנחמד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת ברכות; דו ביסט א יונג קינד פון עלף יאר און דו האסט שכל ווי אן ערוואקסענער מענטש, אריין צו כאפן לערנען די הייליגע תורה אויפ'ן דרך הלימוד וואס מיר האבן מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן, אז אפילו מען פארשטייט נישט די ווערטער זאל מען זאגן די אותיות התורה (שיחות הר"ן, סימן עו).


אויף דיין ערשטע פראגע אז דו ווילסט אויסארבעטן דיינע מידות; אויף דעם דארף מען אסאך שרייען צום אייבערשטן, עס גייט נישט אין א קורצע צייט. אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו טייטשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כ:): "כְּבָר צָוַח הַכֹּהֵן אָנָּא הַשֵּׁם, וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ בִּירִיחוֹ", זאגט ער (נועם אלימלך, תחלת פרשת וישלח): "שֶׁזְמַן אָרוֹךְ צָרִיךְ הָאָדָם לִצְעֹק אָנָא הַשֵׁם, עָזְרֵנִי שֶׁאֶזְכֶּה לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת, וְאָז וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ, אֲבָל לֹא בְּיָמִים מוּעָטִים", מען דארף שרייען א לאנגע צייט צום אייבערשטן ביז מען איז זוכה צו ווערן א צדיק.


בנוגע ליינען קאמיקס וכו'; ענדערש זאלסטו ליינען סיפורי צדיקים, מעשיות ווי אזוי צדיקים האבן געלעבט דורכדעם וועט אריין גיין אין דיר א שטארקע חשק און בענקעניש אויך צו זיין א צדיק. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו ליינען און הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען ווען ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק.


אויף דיין פראגע וויפיל צו לערנען וכו'; ווען דו קומסט אהיים פון חדר זאלסטו גיין אביסל שפילן, עס איז זייער געזונט פאר קינדער זיך אויסצוגעבן; זאלסטו קודם גיין אביסל שפילן, טאנצן און ארום שפרינגען מיט דיינע חברים, נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור ווייטער אין ש"ס כסדרן. זוך דיר אויף א שטילע פלאץ, אדער אין שטוב אדער אין א שול וואו עס איז רואיג און לערן א בלאט נאך א בלאט, וועסטו זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן ש"ס נאך פאר דיין בר מצוה, דורכדעם וועסטו ממשיך זיין אויף דיר א צלם אלוקים.


דער עיקר זאלסטו זיך פירן מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט; גיי אביסל שפאצירן זיך אויסרעדנדיג דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך וויל זיין א צדיק, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, נישט מסיח דעת זיין פון דיר", וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


חזק ואמץ מיט אלע דיינע כוחות.

#4 - פארוואס האט דער ראש ישיבה מיר נישט געזאגט וואס איך דארף טון?
שמירת עינים, הדרכות, תפלות אויף אידיש, קשיות, ציצית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איין טאג האט דער ראש ישיבה שליט"א מיר געזען מיט די ציצית אינדרויסן, און מיר געזאגט אז איך זע אויס אסאך שענער מיט די ציצית אינדרויסן. מיין שאלה איז פארוואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר נישט געזאגט פריער אז איך זאל ארויסלייגן די ציצית אינדרויסן, ווען ער האט געזען אז איך האב די ציצית פון אינעווייניג.


אויך האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'קען זיך שטארקן מיט שמירת עינים, ס'איז מיר זייער שווער זיך צו היטן די אויגן, אפילו ווען איך וויל נישט קוקן, איך מאך אפ אז איך גיי מער נישט קוקן, פון דעסט וועגן געב איך א בליק, און נאכדעם פיל איך אזוי שלעכט, איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?


יישר כח


פון א געטרייער תלמיד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז דער וועג ווי אזוי איך זאג בדרך כלל ווען איך דארף זאגן פאר תלמידים...


עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו זאגן: 1) א וועג פון פארהאלטן - פארוואס גייסטו נישט מיט די ציצית אויף די קליידער? 2) זאגן מיט א קאמפלימענט – זעסט אויס זייער גוט מיט די ציצית אינדרויסן וכו'; ווען מען האט נישט קיין ברירה וכו' דעמאלט נוצט מען דעם וועג פון פארהאלטן וכו', אבער לכתחילה איז דער צווייטע וועג געשמאקער, זיסער און עס פועל'ט.


בענין שמירת עיניים; אויף דעם איז נישט דא קיין עצה, נאר די עצה פון התבודדות – שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ראטעווע מיר! איך ווער פארברענגט פונעם יצר הרע! איך קוק וואו מען טאר נישט, איך מוז קוקן אויף יעדע פרוי און מיידל, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט וכו', וכו'"; אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן, דאס איז די עצה ניצול צו ווערן פונעם יצר הרע.


שטארק זיך ווייטער מיט דיינע שיעורים כסדרן און גוטע מידות; איך האב אסאך נחת פון דיר, דיין התנהגות איז אויסנאם גוט. איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך און זוכה זיין אויפצושטעלן א אידיש'ע שטוב לשם ולתפארת.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#3 - ווי אזוי דארף מען מדריך זיין כלות?
שלום בית, הדרכות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מיט מיין מאן הערן כסדר אויס אייערע שיעורים, פול מיר חיזוק און יראת שמים, דאס געבט אונז פילע גוטע עצות און חיזוק אין לעבן, א גרויסן יישר כח.


איך געב שיעורים פאר כלות און ווייבלעך, איבער די נושא אז א פרוי דארף זיין א מקבל. דער אייבערשטער האט באשאפן אזוי אז דער מאן זאל זיין דער געבער און די פרוי די נעמער. נישט ווי ס'זענען דא פרויען וואס מיינען אז די ראלע פון א פרוי איז צו געבן פאר'ן מאן ליבשאפט און חיזוק, דער אמת איז פארקערט אז דער מאן איז דער וואס דארף געבן, און די פרוי דארף עס נעמען און הנאה האבן דערפון, און אויף דעם וועג האבן ביידע אינאיינעם א גליקליך לעבן.


האב איך געוואלט פרעגן אויב דער וועג וואס איך לערן אויס איז טאקע דער תורה'דיגער וועג, דאס איז טאקע דער ריכטיגער וועג ווי אזוי אידישע קינדער דארפן לעבן? און אויב יא, אפשר קענט איר מיר פארברייטערן איבער די נושא, מיט מקורות און ענינים איבער דעם?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר זענט מדריך כלות ווי אזוי צו לעבן א אידיש לעבן על פי תורה; דער עיקר וואס מען דארף לערנען מיט כלות איז הלכות טהרה ווי אזוי צו האלטן און מקיים זיין אלע הלכות, אבער חס ושלום צו לערנען מיט זיי חומרות פון פרישות. די אלע כלה טיטשערס וואס לערנען מיט כלות חומרות פון פרישות זענען עתיד ליתן את הדין; זיי זענען שולדיג אין רוב גט'ן, זיי זענען שולדיג אז מען טרעפט טייערע אינגעלייט אין פלעצער וואו מען טוט עבירות רחמנא לצלן, וואס דאס קומט נאר ווייל מען לערנט פאלשע הדרכות מיט די כלות.


די מדריכים און מדריכות וואס לערנען פרישות וכו' און שרעקן אן די חתנים און כלות מיט קראנקע קינדער וכו', הגם זיי שטעלן זיך ארויס ווי חשוב'ע מענטשן זענען זיי אבער שלוחים פונעם סמ"ך מ"ם; דער סמ"ך מ"ם ציטערט ווען א בחור ווערט א חתן און א מיידל ווערט א כלה, ווייל ווען מען האט חתונה האט ער מער נישט קיין שליטה אויפן מענטש, דערפאר האט ער זיך געטראפן אן עצה: ער רעדט איין די חתנים און כלות זיי זאלן זיך פירן מיט פרישות און אזוי האט ער זיי ווייטער אונטער זיך.


א)   דעריבער אז איר שרייבט אז איר לערנט מיט כלות איז די די ערשטע זאך וואס איר דארפט אכטונג געבן: "נישט צו לייגן קיין שום חומרא און קיין שום הנהגה וואס צדיקים האבן זיך געפירט - אויף אונז פשוט'ע מענטשן".


ב)   צווייטנס, דאס וואס איר לערנט מיט די כלות אז די פרוי איז די מקבל און דער מאן דארף זיין דער משפיע - דאס איז אמת ויציב; אזוי האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, דער מאן איז דער וואס דארף געבן ליבשאפט און זיכערקייט וכו' וכו' פאר די ווייב. אבער דאס דארף מען לערנען מיט חתנים נישט מיט כלות; פאר חתנים דארף מען אויסלערנען צו זיין א געבער, געבן ליבשאפט און גוטע ווערטער אז די כלות זאלן מסכים זיין צו נעמען ליבשאפט, דאס דארף מען אבער נישט לערנען מיט כלות, זיי וועלן דאס אליינס טון אויך אן אייערע שיעורים.


אדרבה לערנט אויס פאר די כלות אז עס מאכט זיך צייטן און פעלער ווען די ווייב דארף זיין די וואס געבט ליבשאפט; ווען מען זעט אז דער מאן איז א שברי כלי, ער איז צעבראכן, דאס לעבן גייט אים נישט ווי געפלאנט, ער מוטשעט זיך מיט פרנסה, ער מוטשעט זיך מיט זיינע שוועריקייטן און ער פאלט אריין אין א צעבראכענקייט, דאן זאל זי זיין די וואס איז משפיע אויף אים - אים אויפהייבן און דערמוטיגן.


ג)     לערנט אויס די כלות וואספארא כח א ווייב האט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א חסיד וואס האט געהאט א ערליכע פרוי און זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער, האבן זיי אפגעמאכט צווישן זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קינדער וועלן זיי זיך גט'ן און אזוי האבן זיי געטון, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער חסיד האט חתונה געהאט מיט נישט אן ערליכע פרוי און מיט די צייט האט זי אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א מאן א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א צדיק, "הֱוֵי, שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז די פרוי האט מורא'דיגע כוחות, זי קען איבער דרייען איר מאן אים מחזק זיין און אים אויפהייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין מיט אלע אייערע תלמידות.

#2 - האב איך ריכטיג געטון אז איך האב זיך גע'גט?
שלום בית, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די ענטפער וואס איר האט מיר געגעבן איבער ווי אזוי צו האנדלען מיט מיינע קינדער לגבי זייער טאטע, מיין געוועזענער מאן. דאס האט מיר זייער בארואיגט און דערפריידט צו וויסן די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך צו פירן, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך טאקע פרובירן אזוי צו טון.


אזוי ווי איר האט מיר געשריבן אז מ'דארף זיך האלטן בשלום, נישט פירן קיין מחלוקת, און אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף אים, זיך האלטן צום אפמאך פון שיקן די קינדער, און אזוי ווייטער; האט דאס מיר געמאכט טראכטן צי איך האב זיך טאקע געדארפט גט'ן בכלל?


דער גאנצער גט איז בעיקר געקומען דורך מיינע עלטערן וועלכע האבן זיך אריינגעמישט אין אונזער לעבן, עס האט זיי נישט געפאסט צו האבן אזא סארט איידעם וואס גייט נישט פונקטליך אין זיין סארט וועג.


איך בין זייער צומישט אויב איך האב זיך טאקע געדארפט גט'ן, כאטש וואס צומאל פריי איך זיך טאקע אז איך האב זיך אפגע'גט פון אים, אבער רוב צייט האב איך אסאך שולד געפילן און געדאנקען פון חרטה אויב איך האב גוט געטון.


איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן מיט דעם, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר'ן ענטפערן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס האט מיר זייער וויי געטון ווען איך האב געליינט וואס איר שרייבט, אז אייער גט איז געשען צוליב אייער משפחה וואס האבן זיך אריין געמישט וכו'; ליידער פאסירן זייער אסאך גט'ן פון עלטערן וואס מישן זיך אריין וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן דאס פאלגענדע פאר אלע חתנים און כלות, די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", לכאורה איז שווער, ווי קען מען זאגן פאר חתן כלה זיי זאלן אפלאזן זייערע עלטערן ווען די גרעסטע מצווה איז כיבוד אב ואם?! חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצווה פון כיבוד אב ואם (ירושלמי פאה א, א): "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", וואס איז פשט אז מען זאגט פאר חתן כלה: "לאזט אפ אייערע עלטערן?" נאר דאס מיינט מען צו זאגן מען זאל נישט אריין מישן די עלטערן אינעם לעבן.


א פאר-פאלק דארף וויסן: "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ" - מישט נישט אריין אייערע עלטערן אין ענקער לעבן און קיינמאל זיך נישט אפרעדן פאר זיי. אמת, זאכן דארפן זיך מסדר זיין וכו', אבער מישט נישט אריין די עלטערן און קרעכצט נישט צו זיי, פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס און מען ברענגט זיי נאר נחת.


ווען עפעס דרוקט, דאס הייסט, מען קומט זיך נישט אויס איינער מיטן צווייטן, עס איז דא חלוקי דעות צווישן מאן און ווייב, איז נישט גוט דאס צו דערציילן פאר די עלטערן, נאר מען דארף זוכן אן ערליכער איד וואס זאל העלפן עס זאל זיין שלום בית; דער ערליכער איד וויל נישט קיין געלט, ער האט נישט קיין שום זייטיגע אינטערעסן, ער וויל נאר איין זאך עס זאל זיין גוט פאר דעם פאר-פאלק.


העבר אין והעתיד עדיין; יעצט דארפט איר אכטונג געבן אז אייערע קינדער זאלן וואקסן געזונט. מען האט גארנישט פון טראכטן אויף צוריק, עס איז א שאד זיך אויפצועסן דאס געזונט טראכטנדיג צי מען האט יא גוט געטון צי נישט, מען דארף זיין קלוג צו טראכטן וואס צו טון אויף להבא.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו מגדל זיין אייערע קינדער געזונטערהייט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - זאל איך לאזן מיינע קינדער גיין צו מיין געוועזענער מאן?
שלום בית, חינוך הילדים, מחלוקת, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר אייערע געוואלדיגע שיעורים, כאטש וואס די שיעורים ווערן געגעבן פאר מענער, האב איך אבער אויך פון דעם פיל חיזוק, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער די כוחות אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


איך גיי יעצט אריבער שווערע צייטן אין לעבן, איך בין א גרושה מיט עטליכע ליכטיגע קינדערלעך קע"ה, זייער טאטע, מיין געוועזענער מאן, פלעגט מיר שלעפן צו נישט גוטע פלעצער, און יעצט זענען מיר שוין גע'גט.


מיין שאלה איז וועגן די קינדער, ביים גט האט מען אפגעמאכט צייטן ווען די קינדער וועלן גיין צו אים, ער זאגט אז ער רעדט צו די קינדער און איז זיי מחנך אויפ'ן געהעריגן וועג אזוי ווי ער איז מחונך געווארן, למעשה איז מיר דאס אבער זייער שווער, קודם איז דאס פשוט שווער פאר מיר יעדעס מאל דאס אויסשטעלן ווי אזוי די קינדער זאלן גיין און קומען, למעשה באקומען זיי נישט צופיל יראת שמים פון זיין ביי אים, אבער למעשה באקומען זיי ליבשאפט פון זייער טאטע וואס דאס איז יא גוט פאר זיי.


איז מיין שאלה אויב איך זאל ווייטער אנהאלטן דאס שיקן די קינדער צו אים אזוי ווי מ'האט אפגעשמועסט, אדער זאל איך אפהיטן די קינדער און זיי האלטן נאר ביי מיר?


איך בין זייער צומישט און איך ווייס נישט וואס איז ריכטיג צו טון, איך האף אז איר וועט מיר קענען קלאר שטעלן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איר ווילט זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער דארפט איר אכטונג געבן זיך נישט צו קריגן מיט דער טאטע פון אייערע קינדער (אייער געוועזענער מאן).


קינדער דארפן האבן זייער טאטע פונקט ווי זיי דארפן זייער מאמע; אויב מען האלט אפ קינדער פון גיין צו זייער טאטע אדער מאמע וועלן די קינדער אויפוואקסן פעלערדיג. אזוי אויך טארן די קינדער נישט הערן ווי מען רעדט איינער אויפן צווייטן, ווען קינדער זעען ווי די עלטערן קריגן זיך ווערן זיי זייער דערשראקן און פארמאכט, דאס ברענגט זיי זאלן אויפוואקסן נישט זיכערע קינדער לא עלינו.


איר זאלט ווייטער שיקן אייערע קינדער צו זייער טאטע אזוי ווי מען האט אפגעמאכט ביים גט, אזוי וועלן זיי אויפוואקסן געזונט.


איר זאלט קיינמאל נישט אוועק מאכן ווען זיי דערציילן פון זייער טאטע; אויב איר הערט צוריק פון אייערע קינדער זאכן וואס דער טאטע טוט מיט זיי/רעדט מיט זיי/פירט זיך מיט זיי וכו' וואס איר האלט אנדערש, זאלט איר זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי איר זאגט זיי אייער מיינונג, כדי איר זאלט נישט מאכן דעם רושם ווי איר רייסט אונטער זייער טאטע. די בעסטע זאך וואלט געווען איר זאלט רעדן מיט אים (ווי אזוי עס איז אייך באקוועם - דירעקט מיט אים אדער דורך א פארמיטלער) און זיך דורך קומען מיט אים, אבער נישט אריין נעמען די קינדער אין ויכוחים.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצוציען אייערע קינדער מיט יראת שמים, און נאך אלע עצות דארף מען געדענקען אז דער עיקר עצה אויף גוטע קינדער איז "תפילה".


מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער". דערפאר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.


אז איר וועט אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת און איר וועט זוכן עס זאל זיין שלום, דורכדעם וועט איר ראטעווען אייערע קינדער פון אלעם שלעכטס, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן עב): "עַל יְדֵי רְדִיפַת שָׁלוֹם מַצִּיל אֶת בָּנָיו מִמִּיתָה וּמִגָּלוּת", דורך שלום ווערן די קינדער געראטעוועט פון מיתה און פון גלות; ווייל אז עלטערן קריגן זיך אנטלויפן די קינדער פון שטוב, זיי טרעפן שלעכטע חברים, ביז זיי נעמען דראגס רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.