שאלה אין קורצן ענין
#168 - וואס הייסט א בזיון?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, תשובה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך מאל איבער די גרויסקייט פון כאפן א בזיון, וויל איך וויסן וואס הייסט אלץ א בזיון? ווען מ'ברענגט אויף זיך אליין א בזיון איז עס אויך א בזיון? ווען די בזיון קומט זיך מיר, איז עס אויך א בזיון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט צוריק - דאס איז תשובה; דאס האט נישט צו טון אויב א צווייטער פארשעמט אדער מען ווערט אליינס פארשעמט, אז מען גייט ווייטער אן מיט עבודת השם - דאס איז תשובה.


עס הייבט זיך אן אין שטוב; טאטע מאמע זאגן א שלעכט ווארט, מען כאפט א בזיון פון זיי, אדער ווען די ווייב זאגט עפעס א שלעכט ווארט, - זאל מען נישט ענטפערן, נאר ווייטער זיין צו זיי געטריי. אויב מען ענטפערט נישט צוריק - איז מען זוכה צו תשובה שלימה, אלע שלעכטע בלוט וואס איז נאכנישט ריין ווערט דעמאלט אביסל מער ריינער. אפילו די שלעכטע ווארט איז זיך געקומען, מען איז זיך אליינס שולדיג; צום ביישפיל, דו קומסט אהיים שפעט און דיין ווייב געבט דיר א בזיון, עס קומט דיר, דו ביסט אליינס שולדיג אז דו ביסט געקומען שפעט; אז מען בלייבט שטיל איז מען זוכה צו תשובה.


עס איז דא אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו ווי מען האט זיי פארשעמט און זיי האבן קיינמאל נישט געענטפערט, אפילו די מתנגדים ווייסן אז די ברסלב'ע ענטפערן נישט. אמאל איז געווען אין אומאן אז די מתנגדים האבן פארשעמט א איד, מען האט געשריגן אויף אים ברבים און יענער האט יא געענטפערט, ער האט זיך נישט געלאזט, האבן די מתנגדים געזאגט, עס מוז זיין אז ער איז נישט קיין ברסלב'ער, ווייל די ברסלב'ער ענטפערן נישט, די ברסלב'ער זענען מקיים יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#167 - ווי אזוי טרעפט מען די ריכטיגע זיווג?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, משניות, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פילע שיעורים און בריוו וואס זענען מיר אזוי מחזק, און פאר אלע גוטע זאכן וואס איך באקום.


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, מ'הויבט יעצט אן הערן שידוכים פאר מיר, און איך וויל דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מדריך זיין ווי אזוי מ'טרעפט דעם ריכטיגן זיווג, און ס'זאל טאקע זיין בסימן טוב ומזל טוב.


אויך וויל איך וויסן וואס צו טון אויב די אנדערע זייט וועט זיך עקשנ'ען אז איך זאל זיך נישט דרייען אין היכל הקודש, אויב איך זאל טון אזא שידוך, אדער יא מקפיד זיין אז זיי זאלן כאטש נישט קריגן אויף היכל הקודש.


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן יעצט די צווייטע מאל ששה סדרי משנה אין אייער זכות, דער אויבערשטער זאל אייך געבן די כוחות ווייטער אנצוגיין צו מקרב זיין אידן צום אייבערשטן, און מיר האפן אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט שוין בקרוב אונז קומען באזוכן אין ארץ ישראל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


 דו פרעגסט די מיליאן דאלער קשיא... אלע בחורים פרעגן די קשיא, ווי אזוי טרעפט מען א שידוך? ווי אזוי טרעפט מען די ריכטיגע זיווג? דער ענטפער איז דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג אויף דעם.


א שידוך האט נישט מיט קיינעם - נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיט'ן באשעפער.


זאג יעדן טאג די קרבנות הנשיאים, דאס איז א סגולה פון רבי'ן צו טרעפן א שידוך, דער רבי זאגט (ספר המידות חיתון חלק ב', סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", ווער עס טרעפט נישט זיין שידוך זאל זאגן די פרשה פון די קרבנות הנשיאים; נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט שנעל חתונה האבן.


בנוגע אויב דו זאלסט זאגן וועגן ברסלב, זאג נישט גארנישט; וואס איז דען ברסלב? ברסלב איז א וועג צו דינען דעם אייבערשטן, עס שטערט נישט פאר די חתונה געהאטע לעבן; אז מען האט א מחלה אדער א פראבלעם וכדומה - דעמאלט דארף מען זאגן, אבער אז מען האט חיות פון צדיקים קדושים בעלי רוח הקודש - דארף מען נישט זאגן.


זיי ממשיך מיט לימוד משניות; משניות איז מטהר דעם מענטש, משניות רייניגט פון אלע שמוץ.


איך וועל אם ירצה ה' זיין ל"ג בעומר אין מירון, איך האב היינט באקומען רשות אריין צו קומען אין ארץ ישראל; נאך אסאך תפילות און בענקעניש וועל איך זיין אם ירצה ה' די קומענדיגע טעג אין ארץ ישראל.


דא האסטו א תפילה צו בעטן פאר א שידוך, די תפילה האט מוהרא"ש מחבר געווען אין לשון הקודש, עס איז געדרוקט אין ספר מציאות הזיווג. זוך דיר א שטילע פלאץ און זאג די ווערטער, וויין זיך אויס צום אייבערשטן וועסטו זען די ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.


דא האסטו דעם תפלה:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#166 - ווי אזוי געב איך זיך אכטונג נישט צו ווערן פארמישט אין מחלוקת?
חסידות ברסלב, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ירושלים עיה"ק, און איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צו ברסלב, בעיקר דורך אייך, אבער איך האב געהערט פון נאך משפיעים אין ברסלב, און איך בין ברוך ה' זוכה צו לערנען תורה יעדן טאג אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך בין זיך מתבודד א שעה יעדן טאג, און איך האב ברוך ה' שלום בית אין אייער זכות.


איך האב ליב און איך בין מכבד יעדן איד, און איך האב ברוך ה' נישט קיין שייכות צו קיין שום מחלוקת, עס טוט מיר אבער וויי צו זען אז דוקא אין ברסלב איז דא אזויפיל מחלוקת. איך זע אידן וואס זענען געבוירן אין ברסלב, זיי קענען גוט דעם רבינ'ס ספרים, און פון דעסט וועגן זענען זיי נאר פארנומען מיט פאליטיק, ווער ס'איז אלץ א מפורסם של שקר, ווער ס'איז יא גוט און ווער ס'איז נישט גוט.


דער עיקר האב איך מורא פאר מיר אליין, די אלע מענטשן זענען דאך לכאורה אויך געגאנגען אויפ'ן זעלבן וועג ווי איך גיי, און ווער זאגט אז איין טאג וועל איך אויך נישט ווערן אזוי, צו ווערן פארנומען מיט נארישע פאליטיק, אנשטאט צו נוצן דעם רבינ'ס עצות נאר פאר מיר אליין.


ווי אזוי מאכט מען זיכער צו נעמען דעם רבי'ן נאר פאר זיך, און נישט זיין פארנומען מיט קיין שום פאליטיק און מחלוקת?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא) אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ב): וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, "עַל יְדֵי שֶׁנִּתְעוֹרֵר שֵׂכֶל חָדָשׁ בַּעֲבוֹדַת ה', מַה שֶּׁלֹּא הָיָה נוֹדָע עַד עַתָּה", ווען צדיקים זענען מגלה נייע וועגן ווי אזוי מען זאל דינען דעם אייבערשטן, דורך דעם וועקן זיך מענטשן אויף, עס ווערט: "רַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אַךְ אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", אבער נישט אלע נעמען די נייע וועג צו גיין מיט דעם צום אייבערשטן, א טייל נעמען דאס פאר חיי עולם און א טייל נעמען דאס צו שענדן די וועלט, "כִּי 'צַדִּיקִים יֵלְכוּ בָם' - שֶׁעוֹבְדִין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די צדיקים נעמען דעם צדיק'ס נייע וועג צו דינען דערמיט דעם אייבערשטן, "'וּפוֹשְׁעִים יִכָּשְׁלוּ בָם', שֶׁאֵינָם עוֹבְדִין בָּזֶה אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אבער די שלעכטע מענטשן נעמען דאס נישט צו דינען דעם אייבערשטן, "רַק שֶׁעַל יְדֵי זֶה הֵם מְבַזִּין וּמְחָרְפִין אֶת הָעוֹלָם", נאר זיי באנוצן זיך מיט די נייע שכל חוזק צו מאכן פון די וועלט, "עַל שֶׁהֵם יוֹדְעִין מִזֶּה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ, וְהָעוֹלָם אֵינָם יוֹדְעִין מִזֶּה", זיי בארומען זיך אז זיי ווייסן פון די נייע שכל אבער די וועלט ווייסט נישט דערפון, "וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי - לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, הַיְנוּ לְחָרֵף וּלְבַזּוֹת הָעוֹלָם, כִּי אֵינָם מִשְׁתַּמְּשִׁין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ רַק לְבַזּוֹת וּלְחָרֵף הָעוֹלָם, עַל יְדֵי שֶׁהֵם יוֹדְעִים מִזֶּה, וְהָעוֹלָם הֵם רֵיקִים וַחֲסֵרִים מִזֶּה", מען שפעט פון אנדערע, מען מאכט מחלוקת אויף אנדערע, מען באנוצט זיך נישט מיט די שכל צו דינען דעם אייבערשטן.


ליידער האבן מיר דאס געזען אלע יארן, ווי מען האט פארשעמט מוהרא"ש; די מחלוקות אויף מוהרא"ש איז נישט געקומען פון פרעמדע, נאר ליידער ליידער, די וואס פאררופן זיך 'ברסלב'ע חסידים' - זיי האבן געקריגט און געמאכט די מחלוקות; דאס איז וואס דער רבי זאגט, אז נישט אלע וואס קומען צום צדיק באנוצן זיך מיט דעם צדיק'ס ווערטער פאר עבודת השם, א טייל נוצן דאס צו שענדן אנדערע.


א רחמנות אויף די וואס פאררופן זיך ברסלב'ער און זענען פארנומען מיט מחלוקות; עס וועט קומען א צייט וואס זיי וועלן זיך נישט קענען מוחל זיין אויף וואס זיי האבן געטון. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


אין ברסלב האט געוואוינט א ברסלב'ער חסיד, ר' שלמה ראובן זלאטע'ס, ער איז געווען א שיינער בעל תפילה און א גרויסער עובד ה', דאך האט רבי נתן געזאגט אויף אים: "איך בין אים קיינמאל נישט מוחל", ווייל ער האט געהאט א חלק אין די מחלוקות; זעט מען פון דעם אז מען קען זיין א גרויסער מענטש, אויב האט מען שייכות מיט מחלוקות - איז גאר ביטער.


שטיי אוועק פון די אזוי גערופענע ברסלב'ער, שטיי ווייט פון זיי כמטחוי קשת; דו זאלסט קיינמאל נישט האבן מיט די וואס טשעפען אנדערע, רבי נתן האט קיינמאל נישט געוואלט זיין פון די וואס רודפ'ן אנדערע. אמאל זענען געקומען צו רבי נתן די משכילים פון אומאן, זיי האבן ליב געהאט, זיי האבן אים געזאגט: "מיר קענען פועל'ן ביי די רעגירונג אז ביז פיר און צוואנציג שעה זאל נישט זיין אין גאנץ רוסלאנד קיין איין מתנגד אויף אייך!" זיי האבן געהאט א כח ביי די רעגירונג, זיי האבן געזען ווי מען רודפ'ט רבי נתן פאר גארנישט מיט נישט, זיי האבן דאס נישט געקענט אויסהאלטן, האבן זיי דאס געזאגט פאר רבי נתן און געבעטן רשות דאס צו טון, האט רבי נתן געזאגט: "איך פארגין נישט די מתנגדים זיי זאלן זיין נרדפים, איך וויל זיין דער נרדף; דער רבי האט מיר געלערנט קיינמאל נישט צו רודפ'ן אנדערע".


דעריבער בעט איך דיר, אנטלויף פון די וואס רופן זיך ברסלב'ער, די וואס רודפ'ן אנדערע; חבר זיך נאר מיט אנשי שלומינו וואס זייערע דיבורים זענען נאר פון תכלית, זייערע דיבורים איז נאר פון חיזוק. זוך אויף צווישן אנשי שלומינו די וואס רעדן נאר פון חיי עולם, הער אויס שיעורים פון אנשי שלומינו וואס זייערע ווערטער זענען חיזוק אויף תורה, חיזוק אויף תפילה.


דער הייליגער רבי איז זייער גרויס, דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, יעדן איינעם ארויסשלעפן פון זיין בלאטע - אויסער א בעל מחלוקות; א בעל מחלוקות האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן. הער נישט אויס די טעלעפאן ליינס וואס רעדן אויף דעם און אויף יענעם, גיי נישט אריין אין שולן וואס מען רעדט קעגן דעם און יענעם. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפלה, סימן לב): "אַל תִּתְפַּלֵּל בְּבַיִת שֶׁבָּנָה בַּעַל מַחְלוֹקֶת", מען זאל נישט דאווענען אין א הויז וואס א בעל מחלוקת האט געבויעט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, דאס מיינט מען א בית המדרש וואו מען קריגט זיך, אויף דעם זאגט דער רבי אז מען זאל נישט אריינגיין דאווענען אין א שול וואס מען קריגט זיך דארט.


מוהרא"ש האט געשריבן א בריוו פאר אונז אפאר שעה איידער זיין הסתלקות, אין שפיאל האט מוהרא"ש געשריבן די בריוו ווי ער בעט זיך ביי אונז אז מיר זאלן נישט האבן צוטון מיט מחלוקות:


"בעזה"י יוֹם ה' לְסֵדֶר יִתְרוֹ ט"ז בִּשְׁבַט ה'תשע"ה


שָׁלוֹם וּבְרָכָה וְכָל טוֹב סֶלָה יַגִיעוּ וְיִרְדְפוּ אֶל כְּלָלִיּוֹת אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ הַיְקָרִים דִי בְּכָל אֲתַר וַאֲתַר הוי"ה עַלֵיהֶם יַשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ תָּמִיד


אִיךְ וִויל זֵייעֶר שְׁטַארְק אַז אַלֶע מַיינֶע תַּלְמִידִים וֶועלְכֶע זֶענֶען מְקוּשָׁר צוּ מִיר זָאלְן אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ בֵּית הַמִדְרָשׁ "הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ" אִין זֵייעֶר שְׁטָאט, אִין דִי גֶעגְנְט וואוּ זֵיי וואוֹינֶען.


אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט.


פוּן צַייט צוּ צַייט זָאלְט אִיר קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, אוּן אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם. וֶוען אִיר וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אִיר וֶועט דָארְט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אַ יְשׁוּעָה, וֶועל אִיךְ זַיין פַאר אַייךְ אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוֹיבְן אִין הִימְל".


אויך שרייבט מוהרא"ש אין די צוואה זייער שטארק קעגן מחלוקות, מוהרא"ש שרייבט (צוואת מוהרא"ש, אות י):


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן, אִיר זָאלְט נִישְׁט הָאבְּן קַיין שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם סָארְט פָּאלִיטִיק.


כְּלַל יִשְרָאֵל אִיז אֵיין גְרוֹיסֶער גֶעשְׁטֶעל, אוֹיבּ הֵייבְּט מֶען אָן זוּכְן חֶסְרוֹנוֹת אוֹיף אִידְן, צוּבְּרֶעכְט מֶען מִיט דֶעם חֲלָקִים פוּנֶעם גַאנְצְן גֶעשְׁטֶעל, אוּן דַאן קֶען צוּפַאלְן דֶער גַאנְצֶע בִּנְיָן, מֶען קֶען אִינְגַאנְצְן אַוֶועק פַאלְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַרַיינְפַאלְן חַס וְשָׁלוֹם אִין כְּפִירוֹת אוּן אַפִּיקוֹרְסוּת. אוּן פַארְקֶערְט וֶוען מֶען הַאלְט זִיךְ בְּשָׁלוֹם בְּרֶענְגְט דָאס אַלֶע גוּטֶע זַאכְן, שָׁלוֹם אִיז דִי כֵּלִי וָואס בְּרֶענְגְט פַארְן מֶענְטְשׁ אַלֶע גוּטֶע בְּרָכוֹת אוּן יְשׁוּעוֹת.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת, אִיר זָאלְט אֵייבִּיג שְׁטֵיין פוּן דִי זַייט אוּן אַנְטְלוֹיפְן נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אֲפִילוּ אוֹיבּ מֶען וֶועט אַייךְ וֶועלְן אַיינְרֶעדְן אַז עֶס אִיז מַמָשׁ אַ מִצְוָה אוּן אַ חוֹב קָדוֹש צוּ רוֹדְפְ'ן אַ גֶעוִויסְן מֶענְטְשׁ, זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן דִי סָארְט מִצְוֹת, אִיר זָאלְט אַייךְ הַאלְטְן נָאר בְּשָׁלוֹם מִיט יֶעדְן אֵיינֶעם. אוּן זִיכֶער זָאלְט אִיר קֵיינְמָאל נִישְׁט אוּנְטֶערְשְׁרַייבְּן קֶעגְן קַיין שׁוּם אִיד, וֶוער עֶס שְׁרַייבְּט אוּנְטֶער קֶעגְן אַ אִיד גֵייט אַרַיין אִין כְּלַל וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (סַנְהֶדְרִין נח:) "הַמַּגְבִּיהַּ יָדָיו עַל חֲבֵירוֹ נִקְרָא רָשָׁע" - אֵיינֶער וָואס הֵייבְּט אוֹיף אַ הַאנְט אוֹיף זַיין חַבֶר הֵייסְט אַ רָשָׁע. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט נְקָמָה נֶעמֶען אִין דֶעם וָואס טוּט דָאס, עֶר וֶועט וֶוערְן אוֹיסְגֶערִיסְן פוּן דִי וֶועלְט רַחֲמָנָא לִיצְלָן.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן אַלֶע עֶרְלֵיי מַחְלוֹקֶת, רַייבֶּערֵייעֶן אוּן טַעֲנָה'רַייעֶן וָואס מַאכְט זִיךְ צְוִוישְׁן חֲסִידוּת'ן אָדֶער צְוִוישְׁן אַנְדֶערֶע גְרוּפֶּעס אוּן פַּארְטֵייעֶן. אִיר זָאלְט זֶען צוּ מְכַבֵּד זַיין יֶעדְן אִיד, צוּ הַאלְטְן טֵייעֶר אוּן חָשׁוּב יֶעדְן אִיד. אִיר זָאלְט מִתְפַּלֵל זַיין אוּן בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם צְוִוישְׁן אִידְן אוּן אַז אַלֶע אִידְן זָאלְן צוּרִיק קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִין דֶעם זְכוּת וָואס אִיר וֶועט נָאר זוּכְן שָׁלוֹם אוּן אִיר וֶועט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אִידְנְ'ס וֶועגְן, אִין דֶעם זְכוּת וֶועלְן אַייעֶרֶע תְּפִלוֹת וֶוערְן אָנְגֶענוּמֶען אִין הִימְל אוּן עֶס וֶועט אַרָאפּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע גוּטֶע הַשְׁפָּעוֹת, וַוייל בַּיים אֵייבֶּערְשְׁטְן אִיז זֵייעֶר חָשׁוּב וֶוער עֶס פְּרוּבִּירְט זִיךְ צוּ הַאלְטְן בְּשָׁלוֹם מִיט אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אוּן עֶר בֶּעט אוּן אִיז מִתְפַּלֵל פַאר אִידִישֶׁע קִינְדֶער", עד כאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#165 - ווי אזוי קען איך אריינקומען אין אייער ישיבה?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס וויל זייער שטארק אריינקומען אין אייער ישיבה, אבער מיין טאטע לאזט מיר נישט, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב אין די ישיבה וואו דו לערנסט; קריג זיך נישט מיט דיינע עלטערן, אז זיי ווילן נישט זאלסט קומען אין די ברסלב'ער ישיבה - זאלסטו נישט קומען.


וויסן זאלסטו אז מען קען זיך דרייען אין ישיבה און נישט זיין אין ישיבה און מען קען לערנען ערגעץ אנדערש און זיין אין די זעלבע צייט אין ישיבה; אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען לערנט שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מען לעבט מיט די הייליגע עבודה פון התבודדות - דעמאלט איז מען ביים רבי'ן.


וואס מיינסטו, יעדער וואס דריידט זיך אין ברסלב דער איז א ברסלב'ער? וואס טראכסטו, יעדער איינער וואס קומט אריין אין א ברסלב'ער שטיבל אדער ישיבה - איז שוין פון רבינ'ס מענטשן? מען קען זיך דרייען אין ברסלב און נישט האבן קיין שום שייכות מיט'ן רבי'ן; נאר דער וואס לערנט די ספרים פון רבי'ן - דער האט שייכות מיט'ן רבי'ן.


מוהרא"ש האט דאס גע'חזר'ט מיט אונז זיין גאנץ לעבן, מען מוז לערנען דעם רבינ'ס ספרים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; דער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן - דער איז נאנט צום רבי'ן, דער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים - האט מען נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן, אפילו מען דריידט זיך, מען טוט און מען מאכט, עס זעט אויס ווי מען איז נאנט; אן די ספרים איז אלעס נארישקייטן.


מאך זיך א סדר היום, אין די צייטן וואס מען דארף זיין אין ישיבה זאלסטו מיטהאלטן די שיעורים און אין די זייטיגע צייטן זאלסטו אויסנוצן די צייט צו לערנען שיעורים כסדרן. די אלע צייטן וואס בחורים דרייען זיך און פרייען זיך, טוען גארנישט - זאלסטו זיצן אין א ווינקל אין ישיבה מיט א הויפן ספרים, א חומש מיט א משניות, גמרא, שלחן ערוך, מדרשים און אזוי ווייטער; לערן שנעל בגירסא, אפילו דו פארשטייסט נישט זאלסטו זאגן די ווערטער. די שיעורים פון ישיבה דאס זאלסטו מיטהאלטן, לערנען און פארשטיין; אזוי וועסטו זוכה זיין ביז א קורצע צייט צו לערנען כל התורה כולה.


זוך א ליידיגע פלאץ אין ישיבה און ווען קיינער זעט נישט זאלסטו זיך מתבודד זיין, זאלסט שמועסן מיט'ן אייבערשטן; וויין צו אים, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט נישט טון קיין עבירות, דו זאלסט זיין אפגעהיטן.


בלייב אין דיין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#164 - ווי אזוי קען איך זיך טרעפן מיט אייך?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר קענט מיך נישט, אבער איך בין א תלמיד היכל הקודש. אין וואוין אין ארץ ישראל, און בערך פאר צוויי יאר צוריק האב איך אנטפלעקט די ליכטיגקייט ווען כ'האב אנגעהויבן אויסצוהערן די שיעורים, און זייט דעמאלט ברוך ה' האט זיך מיין לעבן געטוישט, צוביסלעך און זיכער. רוחניות, גשמיות, שלום בית, חינוך הילדים, וכו'. ברוך ה' אויך ביי מיין ווייב. איר זאלט קיינמאל נישט ביטע מיד ווערן פון איבער'חזר'ן די דרשות נאכאמאל און נאכאמאל. איר שענקט לעבן. דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין אין די הייליגע ארבעט.


איך וואלט זייער שטארק געוואלט זיך צו טרעפן מיט אייך רעדן אפאר ווערטער. איך פלאן אי"ה צו זיין אויף פסח ביי מיינע עלטערן אין ניו יארק. וואלט געווען אפשר מעגליך זיך צו טרעפן מיט אייך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ג' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט חיות פון הייליגן רבי'ן; זייט איר האט געפונען דעם אוצר, דעם רבי'ן - האט איר אנגעהויבן לעבן א נייע לעבן.


מען קען נישט מסביר זיין וואס מען באקומט פון רבי'ן; דוד המלך זאגט: "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער איז גרעסער פון אלצדינג (תהילים קלה, ה), פרעגט דער רבי: "וואס איז דאס כִּי אֲנִי - איך ווייס, זאל שטיין: 'כִּי גָּדוֹל ה'' דער אייבערשטער איז גרויס?!" זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם - אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן; נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה'", איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, "אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא", איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים.


דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפ'ן פסוק (משלי לא, כג): "נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ" - "כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ (שיחות הר"ן, סימן א).


פסח וועל איך זיין אין קרית ברסלב ליבערטי, אינעם ברסלב'ן שטעטל; עס וועט זיין שיעורים אינדערפרי און ביינאכט, איך וועל זיך פרייען אייך צו טרעפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#163 - ווי אזוי קען איך טרעפן א וועג אין עבודת ה' מיט חיות און געשמאק?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן וואס איז אויפגעוואקסן אין א געוויסע חסידות, וואס שוין פון גאר יונג האב איך געזען אז די חסידות איז נישט פאר מיר, איך בין זייער א ווארעמער מענטש, פול מיר הרגשים, אבער אין אונזער חסידות גייט אלעס צו מער טרוקן און קאלט, אן קיין געפילן, און אזוי איז אויך אין מיין משפחה, מיין נאטור איז אבער פונקט פארקערט פון דעם, און דאס האט מיר געמאכט אסאך פראבלעמען אלס קינד און בחור.


איך האב פארשטאנען, און אזוי האבן מיר קלוגע אידן אויך געזאגט, אז ס'וואלט געווען בעסער פאר מיר צו גיין לערנען אין אן אנדערע ישיבה, נישט פון מיין חסידות, אבער מיינע עלטערן האבן זיך געשעמט אז איך זאל גיין לערנען אין די פרעמד, און אזוי זענען בחור'ישע יארן נישט געגאנגען אזוי גוט, איך האב נישט אזוי מצליח געווען.


לעצטנס האב איך געטראפן די קונטרסים "עצתו אמונה", און דאס האט מיר געעפנט א נייעם בליק אין לעבן, איך האב זיך ממש געטראפן אין די בריוו, איך שפיר אז דאס רעדט צו מיין הארץ, און איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען ווערן א תלמיד פונעם ראש ישיבה שליט"א.


אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען אנגיין מיט מיין וועג אין עבודת ה', און נישט נתפעל ווערן פון מיין משפחה און חברים. איך גלויב אז דאס איז וואס דער אייבערשטער וויל פון מיר, און ס'איז דא אסאך וועגן צו דינען דעם אייבערשטן, מיין משפחה האלט אבער נישט אזוי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי קענסטו זיך באהעפטן צום הייליגן רבי'ן; אז דו וועסט לערנען די ספרים פון רבי'ן, זיך מאכן שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן און אין די שיחות פון רבי'ן - וועסטו זיך קענען פאררופן א תלמיד פון רבי'ן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק - געפונט זיך אין זיינע ספרים; אזוי אויך זאלסטו זיך קובע זיין שיעורים אין די בריוו פון ספר אשר בנחל און אין די בריוו פון ספר עצתו אמונה. 'אשר בנחל' איז קאנצעטרירט דעם רבינ'ס ספרים און 'עצתו אמונה' איז אויך געשריבן וואס מוהרא"ש שרייבט, עס איז געשריבן פאר בחורים נאך מער באריכות.


איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט, מוהרא"ש פלעגט מיר זאגן נאך די ליל שישי שיעורים: "נעם דעם שיעור און מאך פון דעם הונדערט שיעורים; צעטייל דאס און ברענג דאס אראפ פאר די בני הנעורים, אין זייער שפראך".


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן. נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס, וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אויב מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#162 - די אלע עצות פון רבי'ן, איז דען נאר א ברסלב'ע זאך?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין דער קול שופר אין די היינטיגע צייטן און פארשפרייטן אידישקייט מיט א שמחה און געשמאק. דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט אייער עבודת הקודש געזונטערהייט און אומגעשטערט.


איך שרייב מיין שאלה צו אייך, אבער קען זיין אז איר זענט נישט דער וואס דארף דאס ענטפערן. איך ליין אסאך די גליונות און קונטרסים, און איך האב שטארק הנאה פון די נושאים וואס מען רעדט ארום, צי ס'איז וועגן רעדן צום אויבערשטן, אז שלום בית דארף זיין די ערשטע זאך, איבער די דרך הלימוד, און אזוי ווייטער אלע גוטע עצות. איך וואונדער זיך פארוואס הייסט דאס די "ברסלב'ע" דרך? איז דאס דען נישט די עיקר עבודה פון יעדן איד? פארוואס איז דא אזא התנגדות צו "היכל הקודש"?


ווילסט נישט מאכען א שעה התבודדות? פיין. אבער רעדן צום אויבערשטען אין וועלכע שפראך מ'וויל איז דען "ברסלב"? און זייט ווען איז זיך אויפפירן שיין אין שטוב געווארן א "ברסלב'ע" דרך? צו וועם דארף מען זיך אויפפירן שיין אויב נישט צו די ווייב? און וועגן דער דרך הלימוד האב איך אסאך מאל געהערט פון אן ערליכן איד אז אויב האט מען נישט קיין געדולד צו לערנענן גמרא, זאל מען כאטש ליינען סיפורי צדיקים, איז דען דער דרך הלימוד ווייניגער חשוב פון דעם?


ווען איך הער פון איינעם אז ס'שמעקט איהם נישט דער מהלך פון "היכל הקודש" טראכט איך צו מיר, רבונו של עולם, מיט וועלכע פון די אויבנדערמאנטע ענינים פילט ער זיך פרעמד אז ער מוז אוועקמאכן ברסלב?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין אזא קול יחיד און פארשפרייטן "אידישקייט".


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א טעות, דו מיינסט אז ברסלב איז א נייע וועג, דו מיינסט דער רבי האט מחדש געווען נייע זאכן; דער רבי האט גארנישט מחדש געווען, דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רפט; שצב) "איך פיר ענק אויף אן נייעם וועג וואס איז אן אלטע וועג, די וועג פון אברהם, יצחק און יעקב".


עס האט אמאל פאסירט ביים רבי'ן, דער רבי איז געווען אויפ'ן וועג ווען דער בעל עגלה האט געזען אז דער וועג איז אנגעלייגט, א וואגן האט זיך איבערגעדרייט און דאס האט אויפגעהאלטן די גאנצע וועג, איז דער בעל עגלה אראפ פון וועג, ער האט גענומען א זייטיגע וועג און געזאגט פאר'ן רבי'ן: "איך בין אראפ פון וועג, איך האב גענומען א זייטיגע וועג וואס פירט צוריק צום אלטן וועג", האט זיך דער רבי אנגערופן: "דאס טו איך; איך בין אראפ פון וועג, איך האב גענומען א נייעם טראק, אבער דער טראק פירט צוריק צום אלטן וועג, די וועג פון אונזערע עלטערן", דער רבי האט געזאגט דעם בעל עגלה: "אמאל איז געווען דער וועג צו ווערן אן ערליכער איד דורך פאסטן און זיך פייניגן, איך האב גענומען א וועג פון התבודדות; אנשטאט פאסטן און זיך פייניגן זאל מען רעדן צום אייבערשטן (פעולת הצדיק, סימן תתקפ"ד)".


דער וועג פון התבודדות איז אן אלטע וועג, אויף דעם וועג האבן די אבות הקדושים געדינט דעם אייבערשטן. אנשטאט זיך פייניגן מיט סיגופים און פאסטן תעניתים איז דא די וועג פון התבודדות, התבודדות איז העכער פון אלע עבודות (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה); ווען מען גייט אויף די וועג קומט מען אן זייער הויך, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן, דער מח ווערט אויסגערייניגט.


אלע צדיקים האבן געדינט דעם אייבערשטן מיט די עבודה. דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען מאכט התבודדות; דאס הייסט, מען זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, מען זאל אים אלעס דערציילן - אלע ירידות, אלע נפילות וואו מען פאלט אראפ און אלעס וואס דער יצר הרע רעדט איין דעם מענטש מיט תאוות רעות און עבירות.


אין אנהייב איז שווער דאס רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש זינדיגט מאכט ער א מחיצה צווישן זיך אינעם אייבערשטן, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן; אבער אז מען עקשנ'ט זיך, מען מאכט התבודדות אפילו מען שפירט גארנישט אין אנהייב, איז מען זוכה צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


פרעג איך דיר, וואס איז דא צו קריגן אויף די ווערטער? די אלע וואס רעדן אויף ברסלב, ווען זיי וואלטן ווען געוויסט באמת וואס איז ברסלב'ער חסידות, נישט נאר זיי וואלטן נישט גערעדט אויף ברסלב, נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער. דעם רבינ'ס וועג איז נישט קיין נייע וועג, עס איז אן אלטע וועג; די אלע וואס קריגן ווייסן נישט וואס ברסלב איז.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#161 - איז אמת די לשון הרע'ס וואס מ'רעדט אויפ'ן ראש ישיבה?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, צדיקים, התנגדות, מוהרנ"ת ז"ל, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון א צעבראכענע שטוב וואס איז זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, עס געבט מיר פיל חיזוק אין לעבן. איך האלט שוין ברוך ה' אינמיטן די דריטע מאל משניות, א טאג וואס איך קום אן צו זאגן ח"י פרקים משניות איז גאר אן אנדערע טאג, די זכות זאל אייך ביישטיין.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב געהערט פון מענטשן, און אויך איז עס געווען באריכטעט אויף א געוויסע האטליין, אז דער ראש ישיבה שליט"א לאזט טאנצן אום תשעה באב. איך פארשטיי אז ס'איז נישט אמת, אבער איך וויל וויסן פון וואו זיי נעמען עס, און זיכער מאכן אז ס'איז טאקע נישט אמת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו שטארקסט זיך מיט לימוד התורה, דו האסט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה און נאך אביסל ביסטו דאס מסיים די דריטע מאל; עס איז נישטא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, וועסטו ווערן געראטעוועט.


בנוגע די לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויפ'ן רבי'ן און אויפ'ן רבינ'ס מענטשן; דערמאנסט מיר די מעשה וואס האט פאסירט ביי רבי נתן, מען האט עדות געזאגט אויף רבי נתן אז ער עסט אום ט' באב, צוויי עדות האבן געשוואוירן אז זיי האבן געזען ווי רבי נתן מאכט א סעודה, ער עסט און טרינקט אום ט' באב; רבי נתן איז געווען גאנץ ט' באב איינגעשפארט, מען האט ארויסגעהערט וויינען א גאנצן טאג, רבי נתן האט געוויינט אויפ'ן חורבן בית המקדש נישט נאר ט' באב, נאר יעדע נאכט ביי תיקון חצות. זיין שכן, יונה מלמד, האט געזאגט פאר זיין רבי, ווען זיין רבי האט אים געבעטן ער זאל ביינאכט הרג'נען רבי נתן: "דער רבי זאל מכבד זיין א צווייטן מיט די מצוה, איך קען דאס נישט טון פאר מיין שכן רבי נתן, איך הער יעדע נאכט ווי ער זאגט תיקון חצות מיט אזא געוויין, מיט א זיסקייט, איך וועל דאס נישט טון"; אויף אזא איד האט מען געזאגט אז ער עסט ט' באב און טאנצט ט' באב.


שפעטער האט מען געפרעגט איינער פון די עדות וואס האבן מעיד געווען די פאלשע עדות, עקיבא מאירטשעס, היתכן, ווי קען זיין איר האט געשוואוירן אויף ליגנט? האט ער געענטפערט: "מיר האבן געזען רבי נתן עסן ט' באב וואס איז געפאלן אום שבת, מיר האבן נישט געשוואוירן פאלש, מיר האבן געוויסט אז מען וועט אונז נישט פרעגן אויב דאס איז געווען ט' באב שחל בשבת"; די רבנים, זיי האבן געמיינט אז רבי נתן האט געגעסן אין א וואכענדיגע ט' באב.


אזוי אויך האט מען געזאגט אויף רבי נתן נאך פאלשע עדות, די זעלבע צוויי עדות האבן געשוואוירן אז זיי האבן געזען רבי נתן זיצן מיט א מיידל, שפעטער האט מען געפרעגט די מענטשן וואס האבן דאס מעיד געווען, היתכן, ווי קען זיין איר האט געשוואוירן אויף ליגנט, האבן זיי געזאגט, מיר האבן געזען רבי נתן זיצן מיט זיין אייניקל (א קינד פון זיין טאכטער חנה צירל), א קליין מיידל פון ווייניגער פון א יאר, מיר האבן נישט געשוואוירן פאלש, מיר האבן געוואוסט אז מען וועט אונז נישט פרעגן אויב דאס איז געווען אן אייניקל; אזוי איז געווארן די מחלוקת השם ישמרינו.


אזוי איז געווען ביים רבי'ן; דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן ער זאל פארן צום הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו אויף שבת, ווייל דער חולק וואס האט געקריגט אויפ'ן רבי'ן איז געפארן צו זיין אויף שבת אין בארדיטשוב רעדן לשון הרע אויפ'ן רבי'ן. רבי נתן איז געפארן, ער האט זיך נישט באוויזן ביז'ן זמן כניסת השבת ווייל ער האט געוויסט אז אויב דער הייליגער קדושת לוי וועט אים זען וועט ער אים בעטן ער זאל אוועקפארן כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת, פרייטאג צונאכטס איז רבי נתן אריינגעקומען אין בית המדרש, ווען דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו האט אים געזען האט ער אים זייער מכבד געווען, רבי נתן מיט זיין חבר רבי נפתלי האבן געווארט צו זען וואו דער חולק וועט זיך אוועק זעצן, זיי זענען דאך געקומען נאר פאר דעם, ער זאל נישט קענען רעדן זיינע שקרים אויפ'ן רבי'ן; זיי האבן געווארט און געווארט ביז ווען זיי האבן געזען וואו ער נעמט זיין פלאץ, ווען ער האט זיך אראפגעזעצט האט זיך רבי נתן געזעצט נעבן אים און רבי נפתלי אנטקעגן אים (מען האט שפעטער געפרעגט רבי נתן פארוואס ער איז געזעצן נעבן אים? האט ער געזאגט: "איך בין געווען גרייט אז אויב איך וועל הערן איין ווארט רעדן קעגן רבי'ן וועל איך אים פארשווייגן"), א גאנצע סעודה האט ער נישט געעפנט זיין מויל צו רעדן אויפ'ן רבי'ן.


נאך שבת איז רבי נתן אריין צום הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו, פרעגט אים דער הייליגער קדושת לוי אויב עס איז אמת אז דער רבי הייסט זיינע תלמידים טרינקען ברוינפן אינדערפרי פאר'ן דאווענען כדי מען זאל קענען דאווענען מיט שטארקע התלהבות? האט רבי נתן געזאגט: "רבי, איר אויך?! איר גלייבט די אלע לשון הרע'ס?" האט דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "ניין, ניין, איך גלייב נישט; איך פרעג נאר ווייל יענער זאגט אזוי, אז דער רבי הייסט טרינקען פאר'ן דאווענען"; האט רבי נתן פארשטאנען פארוואס דער רבי האט אים אהין געשיקט אויף שבת, כדי דער חולק זאל נישט קענען פארקויפן זיינע שקרים און מאכן א מחלוקה אויפ'ן רבי'ן.


אזוי איז אין יעדן דור, אלע מחלוקת אויף צדיקים איז פון לשון הרע; וויי פאר די וואס זענען דאס מקבל, זיי נעמען אן לשון הרע'ס אויף צדיקים. חס וחלילה צו טראכטן אז מיר טאנצן ט' באב, חס וחלילה צו זאגן אויף ברסלב'ע חסידים אז מיר זענען נישט מתאבל ט' באב אזוי ווי די הלכה איז; אז דו וועסט אננעמען די אלע לשון הרע וועסטו אפלאזן דיין לערנען און דו וועסט פארשעמען צדיקים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות לשון הרע, סימן ח): "עַל יְדֵי לָשׁוֹן הָרָע אֵין לָאָדָם חֵשֶׁק לִלְמֹד", דורך לשון הרע פארלירט מען די חשק צו לערנען, "גַּם מְבַזֶּה אֶת הַצַּדִּיק", און מען פארשעמט צדיקים; מען קען מער נישט מקבל זיין פון דעם צדיק, ווייל מען גלייבט די לשון הרע'ס און אז מען האט מער נישט קיין חיזוק לאזט מען אפ די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט גלייבן קיין ליגנט און נישט הערן קיין לשון הרע, וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן גערעכנט ווי די צדיקים. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, אות יא): "מִי שֶׁאֵין מְקַבֵּל לָשׁוֹן הָרָע עַל צַדִּיק", 

#160 - פארוואס איז ברסלב אזוי פארשעמט?
חסידות ברסלב, מחלוקת, תפילה והתבודדות, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך באקום אסאך חיזוק פון די בריוון און פון די שיעורים, אבער מער חיזוק האב איך פון די בריוו ווייל איך ליין מער ווי איך הער טעלעפאן ליניעס, און איך בין זיך מחי' מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך האב שוין עטליכע מאל באגעגנט וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבער די טענה'רייען וואס איז געווען אין הימל פאר דעם רבינ'ס נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, וואס דער רבי האט דערציילט אז דער סמ"ך מ"ם האט גע'טענה'ט אז אויב דעם רבינ'ס נשמה קומט אראפ האט ער מער נישט וואס צו טון, ביז ער האט געטראפן אן עצה אז מ'וועט אפלאכן און חוזק'ן פון הייליגן רבי'ן.


מיין קשיא איז פארוואס דער רבי האט זיך נישט אויך עפעס אויסגענומען אין קעגנזאץ צום סמ"ך מ"ם, ווי למשל דאס וואס מ'דערציילט אויפ'ן הייליגן בעל שם טוב זי"ע וואס האט זיך אויסגענומען אז ער קומט נישט אראפ נאר אויב ער באקומט מיט זיך ששים גבורים, אדער עפעס ענליך.


איך קוק זיך ארום, עס לאזט זיך נישט גלויבן ווי ברסלב'ע חסידים זענען אזוי ללעג ולקלס, נישט קיין חילוק ווי קלוג און געלונגען א אינגערמאן זאל זיין, אויב קערט ער זיך אן קיין ברסלב, בפרט אין היכל הקודש ביים ראש ישיבה, ווערט ער צושאנד און צושפאט ביי יעדן איינעם, מ'איז אראפגעקוקט און אויסגעשלאסן פון די משפחה און ארומיגע חברים למחצה לשליש ולרביע. פון וואו האבן די ברסלבע די כוחות זיך צו שלאגן מיט'ן אזויפיל געלעכטער און חוזק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די אלע וואס קריגן אויף ברסלב - האבן נישט קיין אנונג וואס ברסלב איז; זיי ווייסן נישט וואס זיי ווייסן נישט.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז - וואלטן זיי נישט געקריגט אויף ברסלב, זיי וואלטן אלע געקומען נעמען חיזוק פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל", אויף מיר קריגט מען נישט, "רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָֹה כַּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו", נאר זיי קריגן אויף אזא איינעם וואס האט געטון דאס וואס זיי זאגן אויף מיר אז איך האב דאס געטון, "וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", און אויף אזא איינעם דארף מען טאקע קריגן; זעט מען פון דעם אז אויפ'ן רבי'ן אליינס איז נישטא וואס צו קריגן, מען קריגט אויף די לשון הרע'ס.


דו פרעגסט פארוואס ברסלב איז אזוי פארשעמט? דו פרעגסט א גוטע קשיא; דער רבי רעדט פון די קשיא, די רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "תַּאֲמִינוּ לִי", גלייבט מיר, "שֶׁיֵּשׁ בְּיָדִי כֹּחַ לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם עִם כָּל הָעוֹלָם", איך האב די כח צו מאכן שלום מיט די גאנצע וועלט, "שֶׁלֹּא יִהְיֶה שׁוּם חוֹלֵק עָלַי", קיינער זאל מער נישט קריגן אויף מיר, "אֲבָל מָה אֶעֱשֶׂה שֶׁיֵּשׁ מַדְרֵגוֹת וְהֵיכָלוֹת כָּאֵלּוּ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לָבֹא אֲלֵיהֶם רַק עַל יְדֵי מַחֲלֹקֶת", אבער וואס זאל איך טון אז עס איז דא אזעלכע הויכע מדריגות און אזעלכע היכלות וואס מען קען נישט צוקומען צו זיי נאר דורך מחלוקת, אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו עליו השלום. משה רבינו דער רבי פון כלל ישראל האט דאך געהאט אזא כח צו קענען צאמנעמען גאנץ כלל ישראל, אזוי ווי עס שטייט (שמות לה, א): "וַיַּקְהֵל משֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", משה רבינו האט צאמגענומען אלע אידן; משה רבינו איז דאך געווען די דעת פון כלל ישראל, ער האט געהאט די כח צו קענען צוציען צו זיך גאנץ כלל ישראל, דאך שטייט (שם לג, ח): "וְהִבִּיטוּ אַחֲרֵי משֶׁה", דרשנ'ען די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (קדושין לג:) מען האט גערעדט אויף משה רבינו שלעכטס; שטעלט זיך א קשיא, ווי קען זיין אז אידישע קינדער זאלן רעדן אויף משה רבינו? זאגט דער רבי, אזוי מוז זיין, אויף א צדיק דארף מען קריגן.


די מחלוקת אויף ברסלב האט זיך אנגעהויבן ביים רבי'ן; ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון ארץ ישראל האט ער געזאגט: "איך האב ענק געברענגט א מתנה 'מחלוקת', פון היינט אן וועט מען קריגן אויף מיר", און אזוי איז טאקע געווען, עס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן א מחלוקת אויפ'ן רבי'ן וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג.


פארוואס טאקע האט דער רבי אונז געברענגט אזא מתנה? עס פעלט דען גוטע מתנות וואס צו געבן? וואס איז די גרויסקייט פון מחלוקת אז דער רבי רופט דאס אן 'א מתנה'?! מוהרא"ש זכותו יגן עלינו געבט אונז דאס צו פארשטיין, אז ווען א מענטש דינט דעם אייבערשטן איז ער אין א גרויסע סכנה, ער קען אין איין רגע אלעס פארלירן, אויב מען גרויסט זיך מיט די עבודת השם, מען גייט ארום מיט גאוה וכו' - פארלירט מען אלעס, אזוי ווי דער הייליגער בעל דגל מחנה אפרים זכותו יגן עלינו האט דערציילט (הובא בפירוש תורת אבות על מסכת אבות ב, ה), אז ווען ער איז געווען א קינד און ער איז געזעצן אויפ'ן שויס פון זיין זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, האט ער געהערט ווי דער הייליגער בעל שם טוב זאגט אויף זיך: "דא זיצט א איד וואס הערט תורה - נישט פון קיין מלאך, נישט פון קיין שרף, נישט פון אליהו הנביא, נאר פונעם אייבערשטן אליין און איך האב מורא איך זאל נישט אראפפאלן יעדע סעקונדע אין נוקבא דתהומא רבא פון גאות און יישות וכו'"; ווייל אז מען גרויסט זיך חס ושלום מיט די תורה און תפילה וכו' קען מען אלעס פארלירן.


בפרט תלמידי וחסידי ברסלב וואס דער רבי ברענגט אונז צו גרויסע מדריגות; יעדער איינער פון אנשי שלומינו, הקטן שבתוכינו איז זוכה צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכות ואגדות, בריתות ותוספתות. דער רבי ברענגט אונז צו א דביקות בשם, מיר זאלן זיין דבוק צום אייבערשטן, מיר זאלן ארום גיין מיט א בענקשאפט צום אייבערשטן, מיר זאלן זיך מתבודד זיין מיט'ן אייבערשטן און צו נאך אסאך גרויסע זאכן און מיט איין מחשבה פון כבוד וכדומה קען מען אלעס פארלירן; דאס האט דער רבי געמיינט מיט דעם מתנה וואס ער האט אונז געברענגט, אז מען וועט שפעטן פון אונז, אזוי ווי מען זעט אז מען שפעט פון ברסלב'ע חסידים, מען מאכט אוועק ברסלב'ע חסידים און דאך גייט מען אן ווייטער מיט עבודת השם, אזוי איז מען זוכה צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות.


אויף די צווייטע פראגע וואס דו פרעגסט, פון וואו נעמען די ברסלב'ע די כוחות זיך צו קענען שלאגן מיט אזויפיל געלעכטער און אזויפיל בזיונות; דעם כח באקומט מען פון התבודדות. ווען א מענטש איז זיך מתבודד, ער רעדט צום אייבערשטער טאג טעגליך - מיט די צייט באקומט ער א נייעם מח; מען טראכט נישט פון אנדערע, מען לעבט נישט פאר אנדערע, מען הייבט אן לעבן מיט תכלית, מען הייבט אן לעבן מיט א ישוב הדעת, מיט זכרון בעלמא דאתי, מען ווייסט און מען געדענקט אז מען איז דא בלויז פאר א שטיק צייט, מען גייט שוין באלד צוריק, די נשמה גייט צוריק גיין צום אייבערשטן; דאס געבט כח צו טון וואס איז ריכטיג און נישט ווערן פארלוירן פון צייטווייליגע זאכן.


מען קען דאס נישט פארשטיין, נאר דער וואס הייבט אליינס אן לעבן מיט התבודדות; ווען מען איז זיך מתבודד, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן ווערט מען מער און מער צוגעקלעבט צום אייבערשטן, "הוּא תְהִלָּתְךָ וְהוּא אֱלֹקֶיךָ (דברים י, כא)"; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן, מען איז זיך מתבודד - אלץ מער ווערט מען צוגעקלעבט צו אים. תפילה איז מחבר דעם מענטש מיט די גרעסטע דביקות צום אייבערשטן, אזוי זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי הַתְּפִלָּה"; דעמאלט דארף מען שוין נישט קיינעם, מען וויל שוין גארנישט - נאר דעם אייבערשטן אליינס, עס אינטערעסירט נישט וואס די זאגן און וואס יענע זאגן, מען וויל נאר דעם אייבערשטן.


גלייב מיר, אז מען פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות קען יעדער איינער זוכה זיין צו דעם, מען זאל גארנישט דארפן און גארנישט וועלן - נאר דעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#159 - פארוואס רעדט מען אין ברסלב מיט אזא ברייטקייט איבער'ן צדיק?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, אמונה, צדיקים, קשיות, תכלית, בלבולים, אמונת חכמים, חסד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין א ברסלב'ע שטוב, אבער ס'איז דא אסאך זאכן אין ברסלב וואס שטערט מיר זייער שטארק, בפרט דער ענין ווי אזוי מ'רעדט פונעם צדיק מיט אזא ברייטקייט. צום ערשט האב איך זיך געוואלט בארואיגן אז ס'איז נאר די וועג ווי אזוי ברסלב'ע חסידים רעדן, אבער אין די ספרים זעט מען אויך די זעלבע, למשל די לשונות, "דער עיקר איז זיך מקשר צו זיין צום צדיק", "אלעס ווערט געטון דורכ'ן צדיק האמת", דאס שטערט מיר זייער.


אויך הער איך אסאך פון אנדערע חסידות'ן ווי אזוי מ'מאכט אוועק ברסלב, "ס'איז נישט אונזער דרך", "יעדער דארף גיין לויט זיין שורש נשמה", "פארוואס זענען די פריערדיגע צדיקים נישט געגאנגען אויף דעם דרך", "דער רבי איז טאקע יא גוט, אבער רבי נתן האט פארדרייט", און דאס מאכט מיר פילע בלבולים.


אויך שטערט מיר די מעשה ווי אזוי רבי נתן איז מקורב געווארן, ווען די חסידים האבן אים געשיקט קויפן בייגעלעך און ער איז געווארן זייער דערביטערט אויפ'ן וועג וכו'. פארוואס האט אים אזוי געשטערט צו גיין קויפן די בייגעלעך, ביי חסידישע אידן ווייסט מען דאך אז מיט איין טריט פאר יענעם שפארט מען זיך טויזנט טריט פאר זיך. בכלל מיין איך אז אין ברסלב רעדט מען נישט אזויפיל פון חסד און מדות טובות ווי ביי אנדערע חסידות'ן.


בקיצור, איך בין פול מיט בלבולים איבער ברסלב, און איך ווייס נישט וואס דער ריכטיגער וועג איז. דער עיקר האב איך מורא אז ווען איך וועל אויפקומען אויף יענע וועלט וועל איך אפשר געוואויר ווערן אז דער ברסלב'ער דרך איז בכלל נישט עפעס ספעציעל, און איך האב נישט געדארפט ליידן אזויפיל דערפאר.


איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אביסל אויסקלארן דעם קאפ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער א וויכטיגע שאלה, אסאך האבן די שאלה; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר דאס געבן צו פארשטיין.


דאס ווייסטו אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט נאר פאר איין סיבה, מיר זאלן וויסן אז עס איז דא א באשעפער. אלעס וואס ער האט באשאפן אויף די וועלט איז נאר פאר די איין סיבה - מיר זאלן מכיר זיין דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (בא מב.): "בְּגִין דְּאִשְׁתְּמוֹדָעוּן לֵיהּ", - מיר זאלן וויסן פון אים; מיר זאלן וויסן אז אלעס וואס עס איז דא אויף די וועלט - איז ער אליינס, נישטא קיין שום זאך וואס גייט פון זיך אליין, קומט פון זיך אליין, נאר אלעס אלעס איז דער אייבערשטער.


דעריבער דארף מען לעבן מיט דעם, מען דארף זוכן ארויסצונעמען פון יעדע זאך דעם אייבערשטן. דער רבי הייבט אן דעם ספר ליקוטי מוהר"ן (חלק א, סימן א): "כִּי אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ תָּמִיד לְהִסְתַּכֵּל בְּהַשֵּׂכֶל שֶׁל כָּל דָּבָר", א איד דארף שטענדיג זוכן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, אין יעדע זאך וואס מען זעט דארף מען זען דעם אייבערשטן און אין יעדע זאך וואס מען הערט דארף מען הערן דעם אייבערשטן, ווייל אין יעדע זאך וואס מען זעט און הערט - ליגט באהאלטן דער אייבערשטער; און דאס איז די מדריגה פון די גרויסע צדיקים, זיי זוכן שטענדיג דעם אייבערשטן, פון יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף זיי הערן זיי און זעען זיי נאר אלוקית, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", די וועג פון די הייליגע צדיקים, "כְּאוֹר נֹגַהּ", איז ווי א שטארקע ליכט, "הוֹלֵךְ וָאוֹר עַד נְכוֹן הַיּוֹם", עס איז אזוי ווי א ליכטיגקייט וואס שיינט אלץ שטערקער און שטערקער, עס איז זיי אזוי ליכטיג אזוי ווי די זון וואס שיינט; די אמונה איז ביי זיי אזוי קלאר אזוי ווי די שטערקסטע ליכט.


די הייליגע צדיקים - זיי זעען נאר אייבערשטער און זיי הערן נאר אייבערשטער; אפילו פון די נייעס וואס טוט זיך אין די וועלט הערן זיי נאר אלוקית. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, כִּי מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", פון יעדע זאך שרייט ארויס דער אייבערשטער, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל, "וַאֲפִילּוּ מִסִּפּוּרֵי הַגּוֹיִים", אפילו פון די וועלטליכע נייעס, נייעס פון די אומות העולם, "צוֹעֵק גַּם כֵּן כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", - הערט מען אויך ארויס דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים צו, ג): "סַפְּרוּ בַגּוֹיִם כְּבוֹדוֹ", פון די נייעס ביי די פעלקער - קומט ארויס כבוד פאר'ן אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל באהאלטן, ער וויל מיר זאלן אים זוכן און געפונען.


יעצט וועסטו שוין פארשטיין פארוואס דער רבי רעדט אזויפיל פון קומען צו א צדיק, פון זיין צוגעבינדן צום צדיק; ווייל צו קענען צוקומען צו לעבן מיט'ן אייבערשטן דארף מען האבן איינער וואס זאל דאס אריינברענגען אין אונז, מיר אליינס זענען זייער ווייט פון דעם, מיר דארפן רחמי שמים צו זיין פשוט'ע אידן, ווי קענען מיר בכלל אנקומען צו אזא שכל - צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, גיין מיט'ן אייבערשטן, ארויסנעמען פון יעדע זאך דעם אייבערשטן? נאר דורך התקרבות להצדיק.


אן א צדיק איז נישט שייך צוצוקומען צו די מדריגה, בפרט דער וואס פאלט אראפ אין עבירות רחמנא לצלן; ווער רעדט נאך איינער וואס ליגט אין תאות ניאוף השם ישמרינו, ווי קען מען צוקומען צו זיין בטל צום אייבערשטן? ווי קען אריינגיין אין א פארגרעבטע קאפ - איידלקייט און לויטערקייט? ער טראכט דאך נאר עבירות, ער זעט נאר עבירות, ווי קען אזא איינער צוקומען צו וויסן פונעם אייבערשטן? נאר דורך א צדיק; דער צדיק איז אזוי גרויס און אזוי הייליג און ער לאזט זיך אראפ צו אונז פשוט'ע מענטשן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל), דער צדיק קען נעמען די גרעסטע השגות און דאס געבן צו פארשטיין פאר אונז וואס מיר זענען א בחינה פון שכל קטן, ער ברענגט אריין אין די נידריגסטע מענטשן די גרויסע שכל, אז אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן.


אן א צדיק קענען מיר נישט צוקומען צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, אן א צדיק זענען מיר וואס מיר זענען; מיר ליגן וואו מיר ליגן, אין אונזערע נארישקייטן; יעדער איינער אין זיינע נפילות, אין זיינע פארגרעבטקייטן. דער צדיק האט רחמנות, ער איז זיך מוסר נפש פאר אונז אז מיר זאלן אויך האבן א געפיל אין תורה און מצוות, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ז) דער צדיק איז דער גרעסטער רחמן, ער האט אמת'ע רחמנות; ער נעמט מענטשן וואס זענען ווייט פונעם אייבערשטן און ברענגט זיי נאנט צום אייבערשטן.


דערפאר האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצט): "אִי אֶפְשַׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת כִּי אִם כְּשֶׁמִתְקַרְבִין לְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת שֶׁבַּדּוֹר", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען איז מקורב צום צדיק הדור, ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט - "זֶּה לְעוּמַת זֶּה, עָשָׂה הָאֱלֹקִים", אנטקעגן קדושה איז דא טומאה, אנטקעגן די אור אין סוף ברוך הוא, די גרויסע ליכטיגקייט וואס שיינט פונעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט - איז דא דער סמ"ך מ"ם אליינס וואס פארשטעלט אלעס און באהאלט אלצדינג דורך שלעכטע מידות און עקלדיגע תאוות; תאות ניאוף, תאות ממון, תאות אכילה ושתיה, תאות הכבוד והשררה און תאות הנצחון וכו', די אלע תאוות רעות פארשטעלט דעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען האבן א צדיק וואס ער האט זיך אזוי אויסגעארבעט אז ער האט זוכה געווען צו ווערן איינס מיט'ן אייבערשטן, אינגאנצן נכלל ווערן אינעם אין סוף ברוך הוא; דורך אים וועלן מיר אויך זוכה זיין צוצוקומען צו די מדריגות.


דער צדיק האט א כח, ער קען נעמען מענטשן וואס זענען גאר ווייט פון די קדושה, מענטשן וואס ליגן אין שאול תחתית - און זיי מקרב זיין צום אייבערשטן אליין. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי ובהשמטות): "כַּמָּה צֶלֶם אֱלֹקִים הָיוּ מֻנָּחִים בָּרֶפֶשׁ, שֶׁאֲנִי הוֹצֵאתִים מֵהָרֶפֶשׁ וְהַטִּיט שֶׁהָיוּ שָׁם", עס זענען דא פון מיינע מענטשן וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון בלאטע און האבן היינט א צלם אלוקים, "הֲלֹא יֵשׁ אֶצְלִי אֲנָשִׁים שֶׁאֵינִי יוֹדֵעַ אִם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה דַּי לָהֶם", איך האב דא פון מיינע מענטשן וואס איך ווייס נישט אויב דער שאול תחתית וואלט גענוג געווען פאר זיי, "כִּי גַּם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה קָטָן לִפְנֵיהֶם", דער שאול תחתית איז ווייניג געזאגט, "שֶׁאִם הָיָה אֶפְשָׁר לָהֶם לַחְתֹּר תַּחַת שְׁאוֹל תַּחְתִּית הָיוּ חוֹתְרִים", ווען מען וואלט ווען געקענט אויפגראבן א טיפערע פלאץ פון שאול תחתית - וואלט מען דאס ווען געדארפט טון פאר זיי, "וְעַל יָדִי נִתְקָרְבוּ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ בְּהִתְקָרְבוּת כָּזֶה שֶׁאֵין לָהֶם לְהִתְבַּיֵּשׁ מִצַּדִּיקִים גְּדוֹלִים", און דורך מיר זענען זיי צוריק געקומען צום אייבערשטן, זיי האבן זוכה געווען צו ווערן אזעלכע צדיקים אז זיי האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די גרויסע צדיקים.


איך האף אז עס וועט דיר שוין נישט מבלבל זיין די זאך פארוואס מען רעדט אזויפיל פון 'צדיק', דו וועסט זיך פרייען אז עס איז דא א וועג פאר דיר צוצוקומען צו די גרויסע מדריגות, צוצוקומען צו האבן א שטארקע קלארע לויטערע אמונה אינעם אייבערשטן; וואס נאר דורך אמונת חכמים איז מען זוכה צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא בשלח ו, ז) אויפ'ן פסוק (שמות יד, לא): "וַיַּאֲמִינוּ בַּה' וּבְמשֶׁה עַבְדּוֹ", די אידן האבן זוכה געווען ביי קריעת ים סוף צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן און אין משה רבינו, פרעגן די הייליגע חכמים: "אִם בְּמֹשֶה הֶאֱמִינוּ - בַּה' לֹא כָּל שֶׁכֵּן", אז די אידן האבן געהאט אמונה אין משה רבינו איז דאך זיכער אז זיי האבן געגלייבט אינעם אייבערשטן! "אֶלָּא כָּל הַמַּאֲמִין בְּרוֹעֶה שֶׁל יִשְׂרָאֵל - כְּאִלוּ מַאֲמִין בְּמִי שֶּׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", נאר די תורה וויל אונז ווייזן ווי אזוי מען איז זוכה צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן, נאר דורך אמונת חכמים, ווייל דורכדעם וואס די אידן האבן געגלייבט אין משה רבינו האבן זיי זוכה געווען צו וַיַּאֲמִינוּ בַּה', עיין שם.


בנוגע די צווייטע בלבול, די מעשה מיט די בייגל; עס שטערט דיר דעם סיפור התקרבות פון רבי נתן וואס האט זיך אפגעשפילט אין די תקופה ווען ער איז געווען מקורב ביים גרויסן צדיק הרב הקדוש רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, איין וואך מוצאי שבת איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרב הקדוש מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל און רבי נתן'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפ'ן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' און ער איז זייער צעבראכן געווארן פון דעם. ער איז אריינגעקראכן אין א פארמאכטע שול דורכ'ן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען צו זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן.


ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל וואס ער איז ארויף א טרעפל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש וואס זאגט אים די ווערטער: "דראפע זיך און האלט זיך, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות", שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים: "דראפע זיך און האלט זיך" - איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי.


עס שטערט דיר די מעשה, עס זעט אויס ווי רבי נתן האט נישט געוואלט טון חסד; חס ושלום צו זאגן אויף דעם הייליגן רבי נתן אז ער האט נישט געוואלט טון חסד, ער איז נישט צעבראכן געווארן פון דעם זאך אז ער דארף גיין קויפן בייגל, עס איז נישט געווען נאך אזא בעל חסד ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה; דער רבי האט געזאגט פאר רבי יצחק, דער טיראוויצער מגיד'ס איידעם (חיי מוהר"ן, סימן שלח): "קוק אן דעם אינגערמאן - רבי נתן - ער איז ביי זיך א שטיק בלאטע".


איינמאל האט דער רבי זייער אויסגערימט רבי נתן פאר אנשי שלומינו, אז רבי נתן איז א שפל ברך און אן עניו; שפעטער האבן אנשי שלומינו געוואלט אויספרובירן אויב דאס איז ריכטיג, זיי האבן אפגעשמועסט אז זיי גייען דאס דערגיין. איינער האט זיך אנגערופן צום צווייטן, הויך אויפ'ן קול, אז רבי נתן זאל הערן: "איך בין זייער הונגעריג, אפשר גייסטו מיר קויפן א בייגל?" האט זיך דער אנדערער אנגערופן: "איך האב נישט יעצט קיין כח, אפשר וועל איך גיין שפעטער". ווען רבי נתן האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "געב מיר די געלט, איך וועל דיר גיין קויפן די בייגל", האבן זיי געזען אז עס איז ממש וואס דער רבי זאגט, ער איז גרייט צו גיין ברענגען פאר א צווייטן איד עסן, ער איז ביי זיך גארנישט (פעלת הצדיק, סימן תז).


דאס וואס ער האט אזוי געוויינט צום אייבערשטן בשעת'ן קויפן די בייגל, דאס איז געווען איידער ער איז געווען מקורב צום רבי'ן, ער האט געשפירט ווי עס פעלט אים עפעס אין לעבן; נישט דאס טון חסד האט אים געשטערט, עס האט אים געשטערט עפעס אנדערש, ער האט נישט געקענט נעמען דאס פארברענגען פון חסידים. דער הייליגער קדושת לוי האט אים זייער ליב געהאט, ער האט זיך באנומען צו אים מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן מיט א ליבליכע נאמען "מיין נתן'לע"; אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארומגיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, עס האט אים געפייניגט דאס געוויסן: 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד? ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' - אויף דעם האט ער געוויינט: "רבונו של עולם, איך בין באשאפן געווארן צו קויפן בייגל", ער האט נישט געוויינט אויפ'ן קויפן די בייגל, ער האט געוויינט אויף דעם וואס עס פעלט אים א וועג אין לעבן, ער שפירט א חסרון אין לעבן, עס פעלט אים א טעם אין עבודת השם.


יעצט, אויף דעם וואס דו האסט מורא אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועסטו זען אז ברסלב איז נישט די וועג וכו'; עס זעט מיר אויס אז דו ביסט געבוירן געווארן אין א שטוב וואס רופט זיך ברסלב אבער איז ווייט פון ברסלב, וואלסטו געוואוסט וואס דער רבי וויל פון אונז - וואלסטו נישט געהאט אזעלכע בלבולים.


וואס וויל דער רבי? דער רבי וויל מיר זאלן לערנען, מיר זאלן דאווענען, מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן און מיר זאלן זיך פרייען מיט די מצוות – אויף דעם האסטו מורא אז מען וועט דיר זאגן דאס איז נישט אמת? איך וויל וויסן, דו האסט אויך מורא אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויבן אין הימל וועסטו דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף דיינע טעג און יארן? אדער דאס פאלט דיר ניטאמאל איין, אז עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט דארפן ענטפערן דעם שומר הפתח די שרעקעדיגע שאלה (תנא דבי אליהו רבא, א): "עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הייב אן זאגן, וויפיל חומש האסטו געלערנט? "עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הייב אן זאגן די משניות וואס דו האסט געלערנט; טראכסט אמאל 'וואס וועל איך ענטפערן אויף די פראגע?' טראכסט אמאל 'וואס וועט זיין מיט די עבירות?'


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה וואס האט זיין גאנץ לעבן געלעבט מיט תכלית, ביי אים איז דאס געווען דער עיקר; ער האט געזאגט: "איך שרייב מיינע ספרים נאר פאר א מענטש וואס טראכט פון תכלית, ער טראכט 'איין טאג וועל איך זיין א גוסס און א נפטר, איך וועל ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר'; איינער וואס טראכט נישט אז איין טאג וועט ער שטארבן און ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר - איז ביי מיר חשוב אזוי ווי א בהמה, וואס לעבט, עסט און שלאפט און ווייסט נישט וואס דער סוף איז"; דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "אלעס קען איך זיך אויסמאלן, נאר נישט דעם ערשטן ברוך הבא אין קבר, דאס קען איך מיך נישט אויסמאלן, ווען מען וועט מיר אפירנעמען, איך וועל דארפן אפגעבן דין וחשבון - דאס קען איך נישט טראכטן".


וויל איך דיר פרעגן אויב דו טראכסט פון דעם: 'וואס וועט זיין ווען איך וועל אוועקגיין פון די וועלט, מען וועט מיר לייגן מיט די פיס צום טיר', אדער דו האסט נאר איין דאגה, אז אפשר וועסטו אויסגעפונען אויבן אז לערנען און דאווענען און רעדן צום אייבערשטן איז נישט דער אמת? מיר דארפן טראכטן וואס וועט זיין ווען מיר וועלן אוועקגיין פון די וועלט, אפשר זענען מיר פון די צוויי כיתות מענטשן וואס דער רבי רעדט פון זיי, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדריידט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט.

#158 - ווי אזוי בין איך מחזק א חבר'טע וואס איז אריבער שווערע איבערלעבענישן?
חתונה, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, מנוולים, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א חבר'טע וואס איך האב גערעדט מיט איר און זי האט מיך געזאגט אז זי האט זייער מורא פון מענער. איך האב איר געפרעגט אויב זי האט אפשר געהאט שווערע איבערלעבענישן וכו', האט זי מיר געזאגט אז יא. איך האב איר געפרעגט אויב ס'איז געווען איינער פון איר משפחה אדער א פרעמדער מאן, האט זי מיך נישט געוואלט זאגן.


איך האב זייער רחמנות אויף איר, איך וויל זי זאל וועלן חתונה האבן, איך וויל זי זאל קענען האבן א שיינע חתונה געהאטע אידישע לעבן.


ווען זי האט מיר דאס געזאגט, האב איך איר געזאגט אז איך וועל פרובירן איר צו העלפן און זוכן אן עצה פאר דער פראבלעם. ביטע אויב דער ראש ישיבה קען איר געבן אן עצה וואס וועט איר ארויסנעמען פון איר פראבלעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז א ביטערע מעשה; ליידער איז די וועלט אזוי געפאלן, מנוולים און משחיתים דרייען זיך ארום הפקר, פראנק און פריי; זיי הרג'ענען אידישע קינדער און מען נעמט זיך נישט אן פאר די בא'עולה'טע. ווען א קינד גייט אריבער א פרשה מיט א מושחת, א מנוול - איז דאס קינד א גע'שחט'ענער פאר'ן לעבן.


מען וואלט ווען געדארפט אנגרייטן קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון קראנקע מענטשן, זיי אנגרייטן ווען זיי זענען יונג, ריין און הייליג, זיי זאלן וויסן נישט אנצוקומען אין די רוצח'ישע הענט; די גרעסטע צרה איז אז אויב רעדט מען צו קינדער פון זיך היטן פון מנוולים שרייט מען: "מען טאר נישט רעדן פון דעם"; געוואלד און געשריגן! ווי קען מען זיין אזוי נאריש צו זאגן אז מען טאר נישט אנגרייטן קינדער זיי זאלן וויסן זיך צו היטן פון מנוולים, משחיתים?!


אייער חבר'טע איז אין א ביטערע צרה, די שאלה איז אויב זי וויל זיך העלפן; פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסגיין, מען דארף אבער וועלן ארויסגיין דערפון, אויב זי וויל ארויסגיין פון דעם וועט זי מצליח זיין.


דעם רבינ'ס עצות איז א היילונג פאר אלע מחלות וחלאים רעים; די עצה פון התבודדות איז אזוי שטארק און וואונדערליך, עס טוישט די טבע, עס טוישט נאטור. אז מען נעמט דאס ערנסט, מען איז זיך מתבודד יעדן טאג, מען דערציילט פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס מען איז אריבער, מען שמועסט מיט אים כדבר איש אל רעהו אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטן פריינט, דאן טוישט זיך אלעס, מען קריכט אינגאנצן ארויס פונעם פראבלעם.


אז אייער חבר'טע האט אייך דערציילט וואס זי איז אריבער איז דאס מן השמים איר זאלט רעדן מיט איר, איר מחזק זיין; דערציילט איר פון רבי'ן, זאגט איר אז עס איז דא א רבי אויף די וועלט וואס פארשטייט יעדן איינעם און קען יעדן איינעם העלפן. זאגט איר די עצה פון התבודדות, זי זאל גיין אין איר צימער, פארמאכן די טיר, זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן, ער זאל ארויסנעמען די שלעכטע זאכן פון איר מח, זי זאל קענען אנהייבן דאס לעבן פון ניי.


וואויל איז דעם מענטש וואס איז דבוק צו הייליגע צדיקים, ער האט אמונת חכמים, ער גלייבט זייערע ווערטער און איז מקיים בתמימות ובפשיטות וואס זיי זאגן; דורכדעם וועט ער ארויסגיין פון אלע שלעכטס און אנקומען צו די גרעסטע מדריגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#157 - וויפיל שכל אין לעבן באקומט מען פון די שיעורים?
שלום בית, חסידות ברסלב, הפצה, דרשות, ישיבה, היטן די צייט, שכל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אויסגעהערט דעם שיעור פונעם ראש ישיבה פון דאנערשטאג נאכט פרשת חיי שרה תשפ"א, און עס האט מיר ממש באנומען די ביינער, כאטש וואס איך ברענג נישט אריין אין שטוב מיין סמארטפאון און אלע אנדערע כלים וואס איך נוץ פאר ביזנעס וואס איז פארבינדען מיט'ן אינטערנעט, ברוך ה' איך האב א ריינע שטוב בזכות דעם ראש ישיבה, דאך האט מיר זייער באנומען צוויי נקודות.


איינס אז יעדער קען זאגן אכצן פרקים משניות א טאג, מ'דארף נאר אויפגעבן די סטאטוס וכו'. נאכ'ן שיעור האב איך אויסגעמעקט איבער דרייסיג קאנטאקטס וואס לייגן כסדר סטאטוס, איך האב זיך געמאכט א חשבון אז פון די אלע לייגן אן ערך פון צען סטאטוס א טאג, דאס איז 300 סטעטאס, וואס לויט דעם קומט אויס אז 150 מינוט א טאג גייט פאר די שטותים, (א געווענליכע סטאטוס איז לאנג 30 סעקונדן). דערנאך האב איך פארלאזט אריבער 40 וואטסעפפ גרופס, אפאר פון נייעס, אפאר פון סתם לצנות, אפאר פון היימישע לשון הרע און פאליטיק, און אזוי ווייטער. און ברוך ה' היינט פרייטאג האב איך געלערנט 32 פרקים משניות. איך בעט דער ראש ישיבה זאל מער און מער רעדן דערפון ביי די דאנערשטאג נאכט שיעורים.


צווייטנס האט מיר באענומען דער ענין פון אויסהערן א ווייב אפילו ווען מ'האט נישט קיין עצה ווי אזוי איר צו העלפן, נאר סתם אויסהערן, און אז נישט וועט זי טרעפן א צוויטע מאן אדער פרוי וואס וועט איר אויסהערן.


בכלל איז די גאנצע שיעור איז געווען ממש א שטיק שכל און לעבן. איך וויל זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה פאר אלעס, און איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב די שכל אויסצוהערן די דרשות וואס זענעם די איינציגסטע אין דעם דור וואס רעדט צום זאך וואס מ'דארף וויסן אין לעבן, נישט סתם גערעדט אין די וועלט אריין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן? ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן עפנט זיך א נייע וועלט, מען באקומט א ישוב הדעת, מען קען שוין נישט אוועקגעבן די צייט פאר די סארט זאכן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת - מען טראכט נישט פון תכלית; ווען מען זאל אריינקלערן וואס וועט בלייבן פן די אלע נארישקייטן, פון קוקן קליפ"ס, סטעטו"ס וכדומה - וואלט מען זיך געשעמט צו האבן די אלע זאכן.


ווען מען הערט די זיסע עצות פון רבי'ן - ווערט אויס בחירה, מען ווערט גלייך צוגעקלעבט צום אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "זיי זאלן מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיט'ן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען"; ווייל ווער עס הערט דעם רבינ'ס ווערטער, זיינע עצות און התחזקות - ווערט אן ערליכער איד און הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, ווען מען האט א ליידיגע מינוט נוצט מען דאס אויס פאר גוטע זאכן, מען כאפט אריין אביסל תורה, אביסל תפילה און מצוות און מעשים טובים.


אזוי אויך אין שלום בית; פאר מען ווערט מקורב צום רבי'ן ווייסט מען נישט דאס חשיבות פון לעבן בשלום מאן און ווייב, מען מיינט אז דאס איז נישט עבודת השם, אבער דער רבי לערנט אונז אנדערש, דער רבי לערנט אונז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב. ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות שלום בית (עיין שיחות הר"ן, סימן רסג-רסד); מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן אויב מען איז זיך נישט אויסגעקומען מיט די ווייב. ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר - קדושת הברית, מען זאל האבן א ריינעם מח; אויב האט מען שלום בית, מען לעבט מיט ליבשאפט וכו' - דעמאלט האט דער מענטש ריינע מחשבות און ער קען דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין, אבער אז מען קריגט זיך מיט די ווייב איז מען נישט אפגעהיטן, מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד.


מיר טארן נישט האלטן די אלע לימודים נאר פאר אונז, מיר דארפן דאס פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט; נישט נאר מיר זאלן וויסן ווי אזוי צו לעבן, ווי אזוי אומצוגיין מיט א ווייב, נאר אלע זאלן וויסן דאס גרויסקייט פון שלום בית און דאס וויכטיגקייט דערפון, מיר דארפן דאס פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט.


וואויל איז דעם וואס גייט הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#156 - ווי אזוי ברענג איך אריין די לימודים פון רבי'ן אין מיין ווייב?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער ברוך ה' די שיעורים און איך בין זיך ממש מחי', מיין גאנצע שלום בית האט זיך געטוישט צום גוטן ברוך ה', איך טענה זיך נישט מיט מיין ווייב, און אזוי ווייטער.


מיין ווייב ליידט אויף ענקזייעטי און פאניק אטאקעס, ס'איז דא צייטן וואס איז אביסל בעסער, אבער ווען נישט איז עס זייער שווער.


איך וויל איר זאגן איבער די שיעורים, וואס וועלן איר זיכער העלפן, אבער דאס איז א זאך וואס איז זייער ווייט פון איר. זי ליינט אסאך פון טערעפיסטן, און ווען איך רעד פון די עצה צו רעדן צום אייבערשטן מאכט דאס אנגעשטרענגט אין שטוב.


איך ווייס נישט וואס צו טון, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין, ווייל ס'איז מיר זייער שווער דאס לעבן, איך פיל אז איך מיט מיין ווייב זענען זייער ווייטער איינער פון צווייטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם דעם רבינ'ס עצות און חיזוקים פאר דיר, צווינג נישט ארויף אויף דיין ווייב זאכן וואס זי וויל נישט הערן. מען קען נישט ארויף צווינגען אויף אנדערע; אז דו וועסט נעמען די עצות פון רבי'ן, דו וועסט לעבן מיט דעם און דו וועסט זיך טוישן - וועט דיין ווייב פון זיך אליין ווערן נאכגעשלעפט נאך דיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א) אויפ'ן פסוק (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווער זענען זיינע פיינט? אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן "זוּ אִשְׁתּוֹ", דאס איז די ווייב; ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין דעמאלט וועט זיין ווייב זיין בשלום מיט אים, זיין ווייב וועט עדות זאגן אויף אים אז ער איז אן ערליכער איד.


אז דיין ווייב וויל גיין צו טעראפיסטן און דאס גלייכן - לאז איר גיין איר וועג, שטער איר נישט; אדרבה, העלף איר עס זאל איר גרינגער ווערן, און ווען דו העלפסט איר עס זאל איר בעסער ווערן זאלסטו עס טון מיט'ן גאנצן הארץ, וועסטו זען ווי זי וועט ווערן מיטגעשלעפט מיט דיר, זי וועט מיט די צייט נעמען די עצה פון רבי'ן, תפילה והתבודדות.


איך בעט דיר נאכאמאל, שלעפ נישט מיט כח און שטופ נישט מיט געוואלד, וועסטו זען ווי מיט די צייט וועט זי נעמען דעם רבינ'ס וועג נאך שטערקער ווי דו נעמסט עס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - ווען דארף מען טוישן צו די ברסלב'ע מנהגים?
חסידות ברסלב, מנהגים, גארטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן אסאך די בריוו פון "עצתו אמונה" און פון "אשר בנחל", און איך זע אסאך אז מ'דארף פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות אלעס וואס ער הייסט, און דערפאר וויל איך פרעגן אויף דעם וואס דער רבי שרייבט אין ספר המידות אז צו אנטון א גארטל העלפן קעגן שלעכטע מחשבות, וויל איך וויסן אויב איך זאל אנהויבן גיין מיט א גארטל, כאטש וואס איך קום פון א ליטווישע משפחה און ביי אונז איז נישט איינגעפירט אנצוטון א גארטל.


בכלל דארף איך א קלארקייט אין דעם ענין, ביי וועלכע זאכן דארף מען נאכגיין די מנהג פון די עלטערן, און ביי וועלכע זאכן דארף מען יא טוישן און טון ווי אזוי דער רבי זאגט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט טוסטו אז דו גייסט מיט א גארטל; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות הרהורים, סימן נט): "אַבְנֵט תִּקּוּן עַל הִרְהוּרִים", גיין מיט א גארטל איז א תיקון אויף שלעכטע מחשבות; ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זבחים פח:): "אַבְנֵט מְכַפֵּר עַל הִרְהוּר הַלֵּב, הֵיכָא דְּאִיתֵיהּ", דער גארטל פונעם כהן גדול האט מכפר געווען אויף שלעכטע מחשבות.


דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות ערלה הלכה ג', אות ב): "כִּי הַתְּפִלָּה נִקְרֵאת חֲגוֹרָה", תפילה ווערט אנגערופן גארטל, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה יא): "וְהָיָה צֶדֶק אֵזוֹר מָתְנָיו וֶאֱמוּנָה אֵזוֹר חֲלָצָיו", משיח וועט זיין ארום גענומען מיט אמונה אזוי ווי א גארטל, און אמונה איז תפילה, און ביידע - סיי אמונה און סיי תפילה קען מען האבן נאר אז מען איז מתקן דעם אות ברית קודש, עיין שם.


דאס הייסט נישט אוועק גיין פון די וועג פון די עלטערן; ווען מען איז מוסיף גוטע מנהגים איז דאס נישט אוועקגעגאנגען פון די וועג פון די עלטערן. קלוגע עלטערן פרייען זיך ווען זיי זעען ווי זייערע קינדער נעמען אויף זיך גוטע ערליכע מנהגים, בפרט היינטיגע צייטן ווען עס פאלן ליידער אוועק פון די שענסטע און בעסטע משפחות, בחורים און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך לאזן אפ די וועג פון די תורה - דאס טוט וויי, דאס הייסט אפגעלאזט די מסורה, אבער אנטון חסידישע קליידער און טון גוטע מעשים ברענגט נאר נחת פאר עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#154 - זאל מען גיין מיט א גארטל?
חסידות ברסלב, חסידות, גארטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען ליטוויש, אבער מיר האבן אנגענומען דעם וועג פון ראש ישיבה און מוהרא"ש, און דאס העלפט אונז גאר אסאך אין לעבן. מיר זענען לעצטנס געווען ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל, און מיר זענען פרייליך צו זיין א טייל פון היכל הקודש.


מיין מאן האט זייער געוואלט אנטון א גארטל, טראץ וואס מיר זענען ליטוויש, און ווען מיר זענען געווען ביים ציון אין יבנאל האט ער באשלאסן טאקע אנצוטון א גארטל. אבער אנקומענדיג אהיים האט אונזער רב אים געזאגט ער זאל עס נישט טון, ער קען זיך פירן חסידיש אינדערהיים אבער נישט אינדרויסן, ווייל אונזערע קינדער לערנען אין ליטווישע מוסדות, און דאס קען זיי מאכן שפעטער האבן א שווערערע קשר מיט זייער פאטער. ווייל דא אין ארץ ישראל איז עס נאר אדער שווארץ אדער ווייס, אדער איז מען חסידיש אדער איז מען ליטוויש, מ'קען נישט גיין אינצווישן.


מיין מאן האט דאס אנגענומען, אבער עס איז אים זייער שווער, ער פילט זיך צעבראכן, איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן צייט אונז צו שרייבן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן עורך (אורח חיים סימן צא, סעיף ב): "צָרִיךְ לֶאֱזֹר אֵזוֹר בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה", מען דארף אנטון א גארטל ווען מען גייט דאווענען, "אֲפִילוּ יֶשׁ לוֹ אַבְנֵט שֶׁאֵין לִבּוֹ רוֹאֶה אֶת הָעֶרְוָה", אפילו דער וואס האט שוין סיי ווי א צווישנשייד צווישן די הארץ אין די ערוה דארף זיך אויך אנטון א גארטל ווען מען גייט דאווענען, אזוי ווי עס שטייט (עמוס ד, יב): "הִכּוֹן לִקְרַאת אֱלֹקֶיךָ יִשְׂרָאֵל", מאך זיך שיין ווען דו גייסט צום אייבערשטן; ווייל ווען מען שטעלט זיך אוועק דאווענען פאר'ן אייבערשטן דארף מען זיך אנגרייטן מיט גרויס דרך ארץ, אזוי ווי מען גייט צו א קעניג; דעריבער דארף מען זיך אנגארטלען מיט א גארטל ווען מען גייט דאווענען.


עס זענען דא וואס זאגן אז מען דארף נישט אנטון קיין גארטל ווייל מען גייט היינט מיט הויזן און אין די הויזן איז דא א גארטל וואס שיידט שוין סיי ווי אפ צווישן די הארץ און די ערוה, אבער עס איז נישט אזוי, ווייל דער שלחן ערוך זאגט קלאר אז אפילו די הארץ זעט נישט די ערוה דארף מען אנטון א גארטל, אלץ הִכּוֹן לִקְרַאת אֱלֹקֶיךָ יִשְׂרָאֵל, דעריבער זאלט איר יא גיין מיט א גארטל; איר וועט גארנישט דערלייגן דערפון.


עס איז נישט אמת דער כלל וואס איר שרייבט אז אין ארץ ישראל קען מען נישט זיין אן ערליכער איד, מען קען נישט גיין אינצווישן נאר מען מוז געהערן אהער אדער אהין ; אז מען קוקט וואס אנדערע זאגן, מען לעבט פאר אנדערע - ווייס איך נישט, אבער די ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן קענען יא גיין אינצווישן.


נעמט די גוטע זאכן פון די ליטווישע און די גוטע זאכן פון די חסידים, דער רבי האט געזאגט: "איך האב גענומען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע"; ווייל ביי חסידים איז דער עיקר תפילה, און ביי די ליטווישע איז דער עיקר תורה, און דער רבי האט ביידע; ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר תורה און תפילה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם, אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמֹד וּלְהִתְפַּלֵּל", וואס האט א מענטש צו טון אויף די וועלט? נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


אז איר האט גענומען דעם הייליגן רבי'ן פאר אייער וועג ווייזער זאלט איר נעמען דאס גוטס פון די ליטווישע און דאס גוטס פון די חסידים, ביידע כיתות זענען טייערע אידן, ביידע האבן מעלות וואס מען דארף זיך לערנען פון זיי. גייט ווייטער אויף אייער וועג און שיקט ווייטער די קינדער אין די ליטווישע חדר און אויך זאלט איר נעמען דאס גוטס פון חסידים, איך זאג אייך צי עס וועט אייך נישט שאטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#153 - וואס טו איך אז מיין ווייב האט נישט ליב ברסלב?
שלום בית, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, חומרות, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען אויף מיין לעבן, איך בין יעצט געווארן ברוך ה' דריי יאר אלט, פאר דריי יאר צוריק בין איך געוואויר געווארן איבער די געוואלדיגע שיעורים, און פון דעמאלט איז מיין לעבן גענצליך געטוישט געווארן צום גוטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


דער פראבלעם איז אבער אז פאר מיין טייערע ווייב געפעלט נישט די ברסלב'ע זאכן, אויסער דעם וואס זי וויל בכלל אז מיר זאלן זיין מער אהערגעשטעלט און מאדערן, זי האלט מיר כסדר פאר אז איך בין צו פארצייטיש און פאנאטיש, צום ביישפיל וויל זי זייער איך זאל זיך "מסדר" זיין די בארד, וואס איך הער אזויפיל ביי די שיעורים איבער די הארבקייט פון דעם.


מיין שאלה איז אויב איך זאל איר נאכגעבן און מיט דעם איר צופרידן שטעלן, אדער וועט זיך עס נישט אפשטעלן ביי דעם נאר גיין ווייטער.


איך בין זייער פארלוירן און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן א גוטע עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין לעבן האט זיך אנגעהויבן פון פריש, דו שפירסט ניי געבוירן פון ווען דו לעבסט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות. עס איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט, ווען מען קומט צום רבי'ן ווערט דאס לעבן א נייע לעבן.


בנוגע דיין ווייב וכו'; דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך וואלט ווען געדארפט שרייבן אזוי סאך ספרים איבער דברים שבינה לבינו, דאס זעלבע וויפיל איך האב געשריבן דעם ספר ליקוטי הלכות"; ווייל מען דארף האבן אזויפיל חיזוק און אזויפיל שכל צו וויסן ווי אזוי צו מכבד זיין די ווייב און ווי אזוי אכטונג צו געבן אויף איר כבוד כדי מען זאל נישט קומען צו קיין קריגערייען און זיך חס ושלום דארפן גט'ן.


עס קען נישט זיין אז פאר דיין ווייב געפעלט נישט די ברסלב'ע זאכן; מן הסתם לייגסטו ארויף אויף איר פרומע זאכן און זי מיינט אז דאס איז ברסלב, דעריבער זאגט זי אז זי וויל נישט די ברסלב'ע זאכן. ווען דו זאלסט זיך פירן ווי אזוי דער רבי וויל, דו וואלסט געפאלגט דעם רבי'ן - וואלט זי זיך געפריידט מיט די ברסלב'ע זאכן.


ברסלב האט נישט מיט קיין פרומקייט; אז איך וועל דיר אויסרעכענען וואס דער רבי פארלאנגט וועסטו זען אז עס האט גארנישט צו טון מיט פרומקייטן וכו'. וואס וויל שוין דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן, פון ווען מען שטייט אויף אינדערפרי ביז ביינאכט ווען מען גייט שלאפן זאל מען טראכטן פונעם אייבערשטן און רעדן צו אים (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צו); אז דו וועסט דאס טון וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען, זי וועט זען ווי דו ביסט שטארק און דו ווערסט נישט אויפגערעגט אזוי שנעל. ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן ווערט זייער שטארק די אמונה, מען הייבט אן שפירן אז עס איז גארנישט דא אויסער אים, איז דאך נישט שייך צו ווערן גערעגט. יעדע פרוי וואלט זיך געוואונטשן צו האבן א מאן וואס ווערט נישט אויפגערעגט, א מאן וואס האלט זיך רואיג אפילו אין שווערע צייטן; דאס איז ברסלב.


וואס נאך וויל דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה אן א שיעור מאל; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט קיין לערנען, אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג ווען מען האט נישט קיין כח, קיין קאפ און מח צו פארשטיין לערנען - דאך זאל מען זאגן די ווערטער פון די תורה. מען זאל זאגן און זאגן ביז דער מח וועט זיך איין טאג עפענען און מען וועט אנהייבן פארשטיין דאס לערנען; אז מען לערנט אויף דעם וועג קען יעדער איינער לערנען. דער שוואכסטער קאפ, דער איינגעשפארטסטער מענטש וואס האט נישט קיין חברים, חברותות - קען זיצן אין שטוב אליין אן קיינעם; מען נעמט די משניות, די גמרא - פאר א חבר, מען לערנט און מען ענדיגט נאך א מסכתא און נאך א מסכתא. אז דו וועסט דאס טון, דו וועסט לערנען - וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען אז זי האט א מאן וואס לערנט די הייליגע תורה, א מאן וואס נוצט אויס די צייט מיט גוטע זאכן; זי וועט נאר האבן ריווח פון דעם וואס דו פאלגסט דעם רבי'ן. ווען זי וועט וועלן ארויסגיין אמאל ביינאכט צו א חבר'טע אדער משפחה וועסטו בלייבן אין שטוב מיט דיין משניות'ל, מיט דיין גמרא און אכטונג געבן אויף די קינדער; ווען זי וועט וועלן מסדר זיין די שטוב וועסטו זיצן אין דער זייט מיט דיינע שיעורים, זי וועט נאר האבן ריווח; דאס איז ברסלב.


וואס נאך וויל דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן זיין פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט; אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט זיך שטארקן און נישט ווערן צעפאלן פון וואס עס גייט אריבער אויף דיר, וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען צו לעבן מיט א פרייליכער מאן. זי וועט נאר מרוויח זיין פון דעם וואס דו פאלגסט דעם רבי'ן; דאס איז ברסלב.


אזוי איז מיט יעדע זאך; דער רבי וויל מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, שיין רעדן און האלטן טייער איר כבוד. אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין וויב, דו וועסט איר האלטן טייער און חשוב, וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה, זי וועט זיך פרייען אז דו ביסט ברסלב; זי וועט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איר מאן איז אנגעקומען קיין ברסלב. זי וועט שרייען צו אלע אירע פריינט: "טראגטס אייערע מענער קיין ברסלב, וועלן זיי שיין רעדן צו ענק".


וואס נאך וויל דער רבי? דער רבי וויל מיר זאלן לעבן מיט תכלית, מיר זאלן לעבן מיט ישוב הדעת; געדענקען אז מיר וועלן באלד צוריק גיין צום אייבערשטן. עס וועט גארנישט נוצן, קיינער בלייבט נישט דא, יעדער דארף ביים סוף צוריק גיין צום אייבערשטן. אז מען לעבט מיט די מחשבה - איז דאס לעבן גאר אנדערש, מען קריגט זיך נישט מיט קיינעם ווייל מען ווייסט אז מען איז דא פאר נישט צי לאנג, מען כאפט אריין גוטע זאכן, מען כאפט אריין חסד.


מאך איר נישט פרום, לייג נישט ארויף קיין פרומקייטן אויף איר, צעדרוק איר נישט; וועסטו זען ווי זי וועט זיך צוכאפן צום הייליגן רבי'ן, זי וועט נאר וועלן די ברסלב'ע לעבן, די ברסלב'ע וועג.


בנוגע דיין בארד וכו'; טו וואס מוהרא"ש האט געטון נאך די חתונה. ווען זיין ווייב האט נישט געוואלט ער זאל גיין מיט א לאנגע בארד און אראפגעלאזטע פיאות (דעמאלט, אין די ערשטע יארן אין אמעריקע איז נישט געווען אזוי ווי היינט; זייער ווייניג זענען געגאנגען מיט אראפגעלאזטע פיאות און בארד) האט מוהרא"ש אריין געקניפט די בארד און ארויף געדריידט די פיאות אז זיין ווייב זאל זיין צופרידן; מוהרא"ש האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל איר נישט שטערן און איין טאג האט דער אייבערשטער געהאלפן אז זי האט אויך געוואלט דאס וואס מוהרא"ש האט געוואלט. זאלסטו אויך אזוי טון, קניפ אריין דיין בארד און אז עס שטערט איר די פאות זאלסטו דאס ארויף דרייען כדי עס זאל איר נישט שטערן און בעט אסאך דעם אייבערשטן אז דיין גאנצע שטוב זאל זיך נישט שעמען מיט די בארד און פיאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#152 - האט דער רבי געלאזט זיינע מענטשן זיין מלמדים?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאלג ברוך ה' דעם ראש ישיבה און איך לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, אזוי ווי דער ראש ישיבה האט מיר געשריבן אין א בריוו, איך האב געקויפט א חיי מוהר"ן און איך לערן א שטיקל כמעט יעדן טאג.


נעכטן בין איך אנגעקומען צו א שטיקל וואס איז מיר געווען א גרויסער וואונדער, רבי נתן שרייבט דארט אין אות תס"ה "אמר רצונו שכל אנשי שלומנו לא יהיה אחד מהם מלמד וכמה פעמים דבר מזה". איך ווייס דאך אז דער ראש ישיבה איז זייער שטארק מחזק מלמדים, און זייענדיג אליין א מלמד זאג איך בפה מלא אז דאס גאנצע חיזוק וואס איך באקום איז דאך נאר פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז אמת אז דער רבי האט נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט איינער פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפ'ן טאג און אויפ'ן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן. ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)"; אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא).


מיט דעם אלעם האט דער רבי געזאגט אז ער וויל זייער שטארק, אז אויב איז דא א מלמד אדער א שוחט זאל דאס זיין דוקא פון זיינע תלמידים. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט (הובא בבעל שם טוב על התורה פרשת יתרו, אות יט) אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער שטארק אויף שוחטים זיי זאלן זיין קלים ורקים און מכשיל זיין אידישע קינדער מיט נבילות וטריפות רחמנא לצלן; אויך פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם אויף די מלמדים זיי זאלן נישט זיין ערליך אזוי וועלן זיי פאר'סמ'ען אידישע קינדער מיט זייערע אפיקורסות; דעריבער האט דער רבי געזאגט: "אויב יא א שוחט, אויב יא א מלמד, זאל דאס שוין ענדערש זיין פון מיינער א מענטש וואס האט יראת שמים".


עס זענען דא זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען געווען מלמדים, ווי זיי האבן אריין געלייגט אין די קינדער אמונה פשוטה און יראת שמים; מוהרא"ש אליינס איז געווען יארן לאנג א מלמד. זאלסטו ווייטער אנהאלטן דיין מלמדות ביתר שאת וביתר עוז, לייג אריין אין די קינדער אמונה; רעד צו די קינדער פונעם אייבערשטן מיט א שטארקייט און א קלארקייט, לערן זיי אויס זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס די קינדער בעטן דיר, יעדע זאך וואס זיי ווילן - זאלסטו זיי אויסלערנען זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן; דאס וועט זיי באגלייטן פאר זייער גאנצע לעבן.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי ער געדענקט פון די זעקס יאר ווי זיין מלמד רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה, וועם מען האט גערופן בלשון חיבה "ר' יעקב מלמד", א ברסלב'ער חסיד - פלעגט אריין לייגן אין די קינדער אמונה. די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דעם קינד קושן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריין געברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קוש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף; דאס האט אים באגלייט לאנגע יארן.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט; קוק אויף די קינדער ווי זיי זענען דיינע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:):"כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; פשט דערפון איז, אז איינער וואס לערנט תורה מיט א צווייטנס קינד דארף טראכטן ביי זיך: 'דאס איז מיין קינד', נאר אזוי קען ער מצליח זיין מיט די תלמידים. עס זענען דא מלמדים רוצחים וואס פארשעמען די קינדער, זיי שלאגן, ציפן וכו' וכו'; זיי מיינען אז עס איז הפקר וועלט, אבער עס גייט אריבער אפאר יאר און נאכדעם באצאלט מען מיט די אייגענע קינדער בכפל כפליים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#151 - זאל איך ווייטער לערנען ספרי חב"ד, אדער ענדערש ברסלב'ע ספרים?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות, חב"ד, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א ליבאוויטשער חסיד, און איך הער אסאך די שיעורים, אבער די גאנצע זאך פון התבודדות און רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, רעדט נישט צו מיר. ווייל ווי באקאנט האט מען אין חב"ד געלייגט א גרעסערער דגוש אויף התבוננות און מחשבה, דאס רעדן האט מען נאר געטון ביים דאווענען אין סידור די תפלות. ווי אזוי קען איך זיך שטארקן יא צו רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מ'לערנט אין ברסלב?


כאטש וואס איך בין אויפגעוואקסן אין חב"ד, האט מען אבער ביי אונז אינדערהיים געלערנט די ברסלב'ע ספרים, מיין טאטע פלעגט פארלערנען "סיפורי מעשיות", און מיין נאמען איז "נתן". כאטש וואס מ'האט עס נישט געלערנט אלס א וועג ווייזער אין לעבן, בין איך אבער באקאנט מיט די ברסלב'ע ספרים. איך האב אבער א פראבלעם אז דער וועג ווי אזוי די ספרים זענען געשריבן רעדט נישט צו מיר אזוי שטארק, ס'איז געשריבן אויף צו א פשוטע וועג. פון די אנדערע זייט אבער, ווען עס קומט צו לערנען די ספרים פון חב"ד, האב איך זייער ליב דער וועג ווי אזוי ס'איז געשריבן, מיט'ן גאנצן אמת און א הויכע שכל, אבער למעשה איז מיר עס שווער צו נוצן אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן לעובדא ולמעשה.


איך בין זייער צעמישט אין לעבן, איך ווייס נישט וואס איך וויל און וואס איך דארף וועלן. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ווייזן א וועג וועלכע ספר איך זאל לערנען, אדער אויף וועלכע נקודות איך זאל זיך פארלייגן, אז ער זאל קענען מצליח זיין אין לעבן און אין עבודת ה'.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לערן ווייטער ספרי חב"ד, לאז נישט אפ די הייליגע ספרים; בנוסף לזה זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות, עס זעט טאקע אויס ווי א פשוט'ע וועג, אבער די פשוט'ע זאכן דאס זענען די וויכטיגסטע אין לעבן.


ברויט און וואסער איז נאך מער פשוט'ער, אבער אן ברויט, אן וואסער - איז נישטא קיין לעבן. אזוי אויך און נאך מער איז די גאנצע זאך פון רעדן צום אייבערשטן, עס איז זייער א פשוט'ע זאך, אבער אן דעם קען מען זיך נישט דערהאלטן, מיט די ביטערע נסיונות וואס גייט אריבער אויף יעדן איינעם ברוחניות ובגשמיות.


מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א חבד'סקער בחור וועלכער האט געהאט א קרוב אין אומאן, ווען ער איז געווען אין אומאן ביי זיין קרוב האט ער דאס ערשטע מאל געהערט פון "התבודדות". ווייל אין חב"ד רעדט מען מער פון מחשבה, פון זיך מתבונן זיין אין גדלות הבורא, עס איז אים זייער געפאלן די פשוט'ע עבודה וואס דער רבי געבט אונז, מען זאל רעדן צום אייבערשטן כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען שמועסט זיך אויס מיט א גוטער פריינד, מען זאל אלעס דערציילן דעם אייבערשטן.


שפעטער ווען די רוסן ימח שמם האבן אים פארכאפט און געפירט קיין סיביר האט ער געהאט דארט א שרעקליכע נסיון, ער האט נושא חן געווען ביי די רוסן ימח שמם און זיי האבן אים גענומען פאר א משרת אין זייער אפיס, דארט איז אויך געווען פארכאפט א גוי'שע מיידל, א גלח'ס א טאכטער און זי האט זיך פארטשעפעט אין אים, זי האט אים געמוטשעט ער זאל מיט איר טון אן עבירה, ער זאל מיט איר חתונה האבן. טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט - האט זי אים געמוטשעט אן קיין אויפהער; ער האט דאך געהערט פון ברסלב'ער חסידים די זאך פון התבודדות, פלעגט ער זיך ארויס כאפן יעדע נאכט אין די ביטערע פרעסטן און געשריגן צום אייבערשטן: "אייבערשטער, וואס טו איך דא? איך לייד דא פון א שרעקליכע נסיון, איך שפיר ווי אט אט ווער איך אויס, אט אט ווער איך פארברענט, אייבערשטער נעם צו מיין נשמה ווי איידער איך זאל זיין מיט די גוי'טע", אזוי האט ער געשריגן יעדע נאכט און דערפון האט ער באקומען כח עומד צו זיין בנסיון פאר נאך א טאג, דעם קומענדיגן טאג ווען די נסיון איז נאכאמאל אונטערגעקומען האט ער נאכאמאל גענומען די פשוט'ע עצה פון התבודדות.


ווען עס איז אריבער דריי יאר האבן אים די רוסן באפרייט, מען האט געמאכט א געזעגענונגס מאלצייט, האט דאס מיידל געבעטן די אפיצירן אויב זי קען רעדן אפאר ווערטער פאר זיין כבוד, און זי האט אויסגעשריגן און געזאגט: "אויב איז דא אין די וועלט א הייליגער מאן איז עס דער בחור! איך מוטשע אים פאר אזא לאנגע צייט ער זאל זיין מיט מיר, און ער האט מיר קיינמאל נישט אנגערירט".


דער בחור איז צוריק געקומען קיין אומאן און דערציילט די געשיכטע; אלע אידן פון קליין און גרויס וואס האבן געהערט די מעשה האבן געוויינט, זיי האבן באוואונדערט ווי א יונגער בחור זאל קענען זיין אזוי שטארק ווי יוסף הצדיק; האט דער בחור געזאגט: "ווען איך וואלט ווען נישט געוואוסט פון די פשוט'ע עצה פון התבודדות, וואלט איך זיכער פארברענט געווארן; נאר די עצה, די פשוט'ע עצה פון רעדן צום אייבערשטן, פון וויינען צו אים, פון זיך אויסשמועסן מיט אים, דאס האט מיר געראטעוועט".


דעריבער בעט איך דיר זייער, לאז נישט אפ דיין וועג אין עבודת השם; בלייב מקושר צו די הייליגע רביים נשיאי חב"ד וועלכע האבן ליכטיג געמאכט די וועלט, ובנוסף לזה זאלסטו נעמען די פשוט'ע ברויט, די פשוט'ע וואסער, די פשוט'ע וועג פון שמועסן מיט'ן אייבערשטן, דאס וועט דיר ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


די פשוט'ע וועג פון התבודדות קען ברענגען א מענטש צו די גרעסטע מדריגות, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "איך האב זוכה געווען צוצוקומען צו וואס איך בין צוגעקומען נאר ווייל איך האב זיך געפירט בתמימות ופשיטות, איך האב אסאך גערעדט צום אייבערשטן, איך האב זיך געפירט ווי א פראסטאק".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין פשוט'ע ערליכע אידן.

#150 - פארוואס האב איך פלוצלינג פארלוירן דעם געפיל צום רבי'ן?
התחזקות, חסידות ברסלב, ספיקות, תפלות אויף אידיש, געפילן, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


געלויבט ה' יתברך אז איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן דורך די הערליכע שיעורים, מיין לעבן האט זיך דעמאלט אנגעהויבן, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, איך האב אנגעהויבן שפירן א געשמאק אין לעבן, און איך האב זיך געטוישט צום גוטן אין יעדן הינזיכט ברוך ה'.


אין די לעצטע פאר טעג האט אבער עפעס פאסירט מיט מיר, איך ווייס נישט וואס אבער איך האב ממש פארלוירן מיין טעם אין לעבן איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר אויף די וועלט. איך האב פלוצלינג באקומען א קאלטקייט צום הייליגן רבי'ן, און אן קיין שום סיבה הייב איך אן טראכטן פארוואס דאס פעלט מיר אויס, און אפשר וועל איך משוגע ווערן פון דעם.


עס הערט זיך אינטערעסאנט, אבער איך בין זייער צעמישט און טרויעריג, ובפרט אז איך ווייס נישט פארוואס עס קומען צו מיר די אלע מחשבות און מרה שחורה. אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע מחזק זיין ווייל עס איז מיר זייער שווער מיט דעם, און ס'שטערט מיר זייער אין מיין סדר היום


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי פארענטפערט דיין פראגע, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): ווען א מענטש ווערט נתעורר לתשובה, ער וויל עפעס טון צו זיין גוט, ער וויל זיין אן ערליכער איד און ער מאכט אפ צו גיין צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה", נאכדעם ווען ער איז שוין אויפ'ן וועג איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער הייבט אן פארלירן זיין געפיל צו גיין צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר, וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", נאכדעם ווען ער קומט אן צום צדיק איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער פארלירט דעם גאנצן געפיל, זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי: "אַל יִקְשֶׁה בְּעֵינֶיךָ זאֹת, וְאַל יְבַהֲלוּךָ רַעְיוֹנֶיךָ עַל זֶה", זאלסט נישט ווערן צעמישט פארוואס דאס פאסירט און נישט דערשראקן ווערן, די סיבה צו דעם איז, ווייל ווי מער דער מענטש איז זיך מתגבר אויף זיין יצר הרע אלץ מער איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנּוּ", ווי גרעסער דער מענטש איז אלץ א גרעסערער יצר הרע האט ער, דעריבער אין אנהייב ווען ער איז נאך נישט געווען ביים צדיק איז ער נאך נישט געווען אין א גרויסע מדריגה, האט ער געהאט נאר א קליינעם יצר הרע, אבער נאכדעם ווען ער גייט צום צדיק איז ער שוין גרעסער - קומט א פרישע יצר הרע, ביז ווען ער קומט שוין צום צדיק וואס דעמאלט איז זיך דער יצר הרע זייער מתגבר.


דאס וואס דו שפירסט לעצטנס ווי דו פארלירסט דיין גאנצע חשק, עס קומען דיר אריין מחשבות אז דו זאלסט אפלאזן דעם רבי'ן - דאס גייט אריבער אויף יעדן איינעם; יעדער וואס ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, ביים אנהייב איז ער אין א פלאקער אין א ברען, ער שפירט ווי ער איז אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט, ער הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן, ער הייבט אן שפירן א טעם אין תורה ומצוות, אבער מיט די צייט נעמט מען אים אוועק דעם געפיל כדאי ער זאל קענען ארויף גיין צו א העכערע דרגא; אויב ער שטארקט זיך, ער האלט זיך שטארק אין רבי'ן אפילו אן א געפיל, אפילו מיט אלע קשיות און בלבולים - דאן איז ער זוכה צו קומען צו א העכערע דרגא.


די וויכטיגסטע זאך איז צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין צוגעבינדן צום רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איך זאל קיינמאל נישט אפלאז דעם רבי'ן, איך זאל געדענקען ווי אזוי איך האב אויסגעזען אן דעם רבי'ן"; נאר מיט תפילה איז מען פארזיכערט, נאר מיט התבודדות קען מען זיך האלטן אין רבי'ן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך; לאז נישט אפ דעם הייליגן רבי'ן, בינד זיך צו צום רבי'ן, קוק נישט אויף די קשיות, קוק נישט אויף דעם וואס דו פאלסט אראפ, דאס איז נאר אז דו זאלסט גיין העכער און העכער. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך ערליכע אידן טועה ווען זיי שפירן פלוצלינג א ירידה, זיי שפירן ווי זיי האבן פארלוירן זייער ברען און חשק וואס זיי האבן געהאט און עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו'; מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיך קענען שטארקן אויף אלע בלבולים.

#149 - ווי אזוי קען איך זיך טרייסטן אויף די בחור'ישע יארן וואס זענען פארפאלן?
חסידות ברסלב, בחור, ישיבה, סדר דרך הלימוד, סיפוק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין היינט קרוב צו די פערציג יאר, זייט די ישיבה יארן האב איך גארנישט געלערנט, ביז יעצט ווען איך בין אנגעקומען צו די שיעורים און געוואויר געווארן פון סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, האב איך אנגעהויבן ווידער לערנען די הייליגע תורה.


ווען עס קומט מיר אויס צו לערנען די גמרות וואס איך האב געלערנט אין ישיבה, למשל יעצט ווען מ'לערנט מסכת שבת, קומט מיר ארויף אלטע זכרונות פון וואס איך האב געלערנט אין ישיבה, אסאך מאל איז די לשון הגמרא מיר ממש איינגעקריצט אין מח פןו אלס בחור.


איך טראכט יעצט אז ס'איז אזא שאד אז איך האבן נישט געוואוסט פונעם דרך הלימוד אלס בחור, דעמאלט וואלט איך זיך געקענט אנפילן מיט אזויפיל תורה, איך האב ממש פארפאטשקעט מיינע יונגע יארן. היינט קלעבט זיך מיר נישט אן די לשונות פון די משניות און די גמרא וואס איך לערן יעצט.


אין די בחור'ישע יארן וואלט איך ווען געקענט קענען כל התורה כולה, אנשטאט די פאר בלעטער גמרא וואס מ'האט דעמאלט געלערנט. ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די שאד איז נישט נאר פאר דיר, די שאד איז פאר אלעמען; א שאד פאר אלע בחורים וואס גייען ארויס לתרבות רעה ווייל זיי האלטן נישט מיט די לימודים אין ישיבה. זיי האבן נישט קיין סיפוק אין זייער לעבן דערפאר זוכן זיי נארישקייטן, ביז זיי פאלן אוועק. ווען זיי וואלטן ווען געוואוסט פונעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) וואלט קיינער נישט ארויס לתרבות רעה, יעדער וואלט געלערנט, יעדער וואלט געהאט חיות פון די הייליגע תורה און געלעבט מיט'ן אייבערשטן.


גלייב מיר, מען קען ראטעווען דעם גאנצן דור, עס איז דא א וועג צו ראטעווען די גאנצע יוגנט, וואס זאל מען אבער טון אז דער שטן שטעלט זיך אויף די לענג און אויף די ברייט דאס צו שטערן; ער שטעלט אויף פאלשע מנהיגים וואס רעדן אפ די בני הנעורים זיי זאלן נישט פאלגן דעם רבי'ן און נישט לערנען אויפ'ן רבינ'ס סדר דרך הלימוד. וואס זאלן טון די אלע וואס זענען נישט מצליח אין לערנען? וואס זאלן טון די אלע וואס זענען נישט זוכה צו פארשטיין לערנען? - זאלן זיי אינגאנצן אפלאזן די תורה?!


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קהלת רבה ז, כח): "אֶלֶף בְּנֵי אָדָם נִכְנָסִין לַמִּקְרָא ... יוֹצֵא מֵהֶם אֶחָד לְהוֹרָאָה", פון טויזנט תלמידים קומט ארויס איין תלמיד וואס איז מצליח; וואס זאלן טון די אלע ניין הונדערט ניין און ניינציג תלמידים וואס זיי זענען נישט מצליח - זאלן זיי נישט לערנען? זאלן זיי אפלאזן די הייליגע תורה?! וואלט מען זיי געוויזן א וועג ווי אזוי זיי קענען אויך מצליח זיין, א וועג ווי אזוי זיי קענען לערנען די הייליגע תורה - וואלט יעדער פון זיי זוכה געווען צו זיין באהאפטן צום הייליגן באשעפער.


א שאד אויף די ישיבות וואס זענען נאך עד היום פאר'עקשנ'ט נישט אריין צו לאזן דעם רבי'ן; זיי צערייסן דעם רבינ'ס ספרים, זיי לאזן נישט בחורים שעפן חיות פון רבינ'ס וועג. אנשטאט די בחורים זאלן זיין פארנומען מיט'ן טעלעפאן, אנשטאט זיי זאלן זיין פארנומען מיט קוקן מאווי"ס וואלטן זיי געקענט לערנען אן א שיעור פרקים משניות און בלעטער גמרא. ווען א בחור הייבט אן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ער מאכט זיך שיעורים בכל התורה כולה; ער מאכט זיך א שיעור אין משניות - לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, אין אנהייב זאגט ער די ווערטער אן פארשטיין, פון דעם אליינס באקומט ער אזא חיות אז ער דארף מער גארנישט, ער זוכט נישט קיין מיסט, ער זוכט נישט קיין עבירות, די תורה - די ווערטער פון די תורה זעטיגט אים.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט, ווען מען האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן אז דער רבי איז פון די ביטערע כת רחמנא לצלן האט דער רבי זייער געוויינט: "ווי קען מען אויסטראכטן אויף מיר אזעלכע שקרים וכו' וכו'?" רבי נתן האט נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט אזוי, 'וואס דארף אנגיין פאר'ן רבי'ן וואס יענער רעדט אויפ'ן רבי'ן? האט ער געזאגט! איז וואס?!' אבער שפעטער ווען רבי נתן האט געהאט אויסצושטיין זיין מחלוקת האט ער געזאגט: "איך פארשטיי שוין פארוואס דער רבי האט געוויינט; עס איז נישט אגעגאנגען פאר'ן רבי'ן אז יענער רעדט אויף אים, עס האט וויי געטון פאר'ן רבי'ן אז מענטשן וועלן נישט קענען מקורב ווערן, ווייל דער זקן זאגט אויף אים אזא לשון הרע"; דער רבי האט א כח צו ראטעווען דעם גאנצן דור. ווען נישט די לשון הרע'ס וואס מען הערט נישט אויף רעדן אויפ'ן הייליגן רבי'ן, ווען נישט די וואס שטערן און מאכן חוזק - וואלט מען געקענט ראטעווען דעם גאנצן דור.


מוהרא"ש האט מייסד געווען ישיבות אין אמעריקא און אין ארץ ישראל וואו מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; די ישיבות זענען געבויט אויף די שיחה פון הייליגן רבי'ן וואס ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל - וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד - לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער הייליגער רבי נתן זאגט: (שם) דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין, ווייל ווען מען לערנט אויף דעם וועג איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, זייער אסאך מענטשן לאזן אפ דאס לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן גלייך געוואלט פארשטיין. ווען מען לערנט שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, איז מען זוכה צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה דורכצולערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה (שיחות הר"ן, סימן כח), עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#148 - קען איך איבערזאגן אייערע עצות, אן צו זאגן פון וואו איך נעם עס?
חסידות ברסלב, בחור, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' עוסק אין חינוך מיט יונגע בחורים, איך הער אסאך אויס די שיעורים און לערן די בריוו, און איך נעם פון דארט אסאך עצות ווי אזוי זיך אומצוגיין און ווי אזוי צו רעדן צו די בחורים, מיין שאלה איז אבער אויב איך מעג איבערגעבן די עצות און געדאנקען פון די שיעורים, אן צו זאגן אז איך נעם דאס פונעם ראש ישיבה שליט"א.


אויך וויל איך פרעגן אזוי ווי בחורים קומען צו מיר כסדר מיט אלע סארט שאלות אין פארשידענע ענינים, וואו נעמט מען די כח און שכל צו קענען ענטפערן אויף זאכן וואס מ'האט בכלל נישט געטראכט פון דעם פריער?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל כסדר רעדן מיט מענטשן, מען זאל זיי דערציילן די דיבורים וואס ער זאגט און מען דארף נישט זאגן פון וועם מען האט דאס געהערט; דער רבי האט געזאגט: "וואס ארט מיר אז א איד וועט בענטשן ברכת המזון ערליך מיט כוונה, און ער וועט נישט וויסן אז דאס קומט פון מיר".


דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ו): "כָּל הָאוֹמֵר דָּבָר בְּשֵׁם אוֹמְרוֹ - מֵבִיא גְאֻלָּה לָעוֹלָם", אז מען זאגט עפעס נאך אינעם נאמען פון וועם מען האט דאס געהערט - ברענגט מען די גאולה; דאס איז ווען עס קומט ארויס פון דעם א גאולה, עס ברענגט שלום, אבער אויב וועט דאס מאכן א חורבן דאן איז נישט כדאי צו זאגן פון וועם מען האט עס געהערט.


עס איז געווען א גרויסער צדיק, א ברסלב'ער חסיד, ער פלעגט שטענדיג רעדן מיט יעדן איינעם שיינע זאכן פון רבי'ן; ווען מען האט אים געפרעגט פון וואו ער נעמט די שיינע דיבורים פלעגט ער זאגן אז דאס קומט פונעם הייליגן מגלה עמוקות. ער פלעגט זאגן פאר אנשי שלומינו: "דער רבי איז דאך מגלה עמוקות, ער אנטפלעקט טיפע סודות, ממילא איז דאס נישט קיין ליגנט".


יעצט וועסטו פארשטיין וואס איז טאקע דער פשט פון דעם מאמר חז"ל, אז מען זאגט נאך אינעם נאמען פון וועם מען האט דאס געהערט ברענגט מען די גאולה; וואלטן זיך אלע מודה געווען פון וואו זיי נעמען זייער חיזוק, וואלטן אלע פארציילט פאר זייערע תלמידים וואו דער סוד ליגט באהאלטן - וואלט משיח געקומען. ווייל פונקט ווי דו נעמסט שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן - אזוי איז אין די גאנצע וועלט; יעדער לעבט פון רבי'ן, יעדער איז זיך מחי' מיט'ן רבינ'ס חיזוק, עס איז אבער בהסתר, באהאלטן; מען שעמט זיך מיט'ן רבי'ן, דער רבי איז פארשעמט; וואלט ווען יעדער איינער מודה געווען פון וואו מען נעמט די חיזוק, מען וואלט נאכגעזאגט די דיבורים בשם אומרם - וואלט שוין געווען די גאולה.


אויף דיין צווייטע פראגע פון וואו מען נעמט כח וכו'; אויב מען ווייסט דאס גרויסקייט פון זיך אפגעבן מיט בני הנעורים, בפרט אין אונזער דור וואס עס איז א גרויסע רחמנות אויף בחורים - נישט נאר עס נעמט נישט אוועק קיין כח, פארקערט, מען באקומט כח פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#147 - מעג מען נעמען השקפה אויך פון אנדערע ספרים, נישט פון ברסלב?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, ספרים, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער איבערגענומען און איבעראשט, און פארשטייט זיך זייער דאנקבאר, פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר'ן נעמען די צייט און כוחות צו ענטפערן אויף מיין שאלה וועגן זאגן 'ביטע' און 'יישר כח' פאר קינדער; איך האב דאס אנגענומען און איך מוז זאגן אז די גאנצע גייסט אין מיין שטוב שפירט זיך לייכטער און געשמאקער. און אזוי איז בעצם אויך מיט אלע עצות פונעם ראש ישיבה.


איך וויל פרעגן נאך א זאך וואס דערקוטשעט מיר און איך וואלט זיך זייער געפרייט אויב דער ראש ישיבה וואלט מיר דאס געקענט ענטפערן. מיר האבן גענומען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אונזער וועג ווייזער, מיר הערן די שיעורים און ליינען די בריוון און מיר פרובירן צו פאלגן וואס דער ראש ישיבה לערנט אויס, איך וויל אבער וויסן ווי אזוי דארף באטראכט ווערן אנדערע מקורות פון ידיעות און השקפה, אין הנהגה און אין פירושי התורה? אין אנדערע ווערטער, איז שייך צו האבן א רבי וואס מען גייט אים נאך און מען פאלגט אים יעדע זאך אבער אויסער דעם קען מען הערן און ליינען אויך פון אנדערע משפיעים און רבי'ס סתם פאר אינטערעסאנטקייט, אדער דאס איז א סתירה און שטערט דעם מענטשנ'ס מח פון טראכטן גראד?


איך האב געהערט דעם ווארט פון רבי נתן אז ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעליידיגט זיין מח פון אלעס וואס ער האט געהערט און געוואוסט פון פארדעם, אבער עס איז פארט דא מענטשן וואס זענען מער נייגעריג און אינטערעסירט צו וויסן מער און מער. אזוי אויך, קען זיין אז ר' נתן האט דאס געמיינט צו זאגן אין זאכן ווי אזוי זיך צו פירן, אבער נישט לגבי סתם צו וויסן און פארשטיין נאך זאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט גענומען דעם הייליגן רבי'ן פאר אייער וועג ווייזער; אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען גייט נאך דעם הייליגן רבינ'ס עצות ווערט מען נישט פארפירט, מען איז זוכה צו לעבן מיט'ן אייבערשטן.


קוק די זיסע ווערטער וואס מוהרא"ש שרייבט אונז אין די צוואה (אות טו):


"מַיינֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים וָואס לֶערְנֶען מַיינֶע סְפָרִים, אִיר זָאלְט גוּט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דֶער עִיקָר אִיז צוּ הָאבְּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' צוּ גְלֵייבְּן אִין דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים. אַזוֹי וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז אַנְטְפְּלֶעקְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן ס"א) אַז וֶוען מֶען הָאט 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' קֶען מֶען וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן, אוּן וָואס מֶען דַארְף צוּ טוּן, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן אִין 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' צוּ גְלֵייבְּן אַלֶעס וָואס דֶער רֶבִּי זָאגְט אוּנְז, אוּן מְקַיֵים זַיין אִין פָאלְגְן אַלֶעס וָואס עֶר הֵייסְט, וָואס דָאס אִיז דֶער עִיקָר שְׁלֵימוּת פוּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קכ"ג).


וֶוען אִיר וֶועט הָאבְּן אֱמֶת'דִיג 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', אִיר וֶועט גְלֵייבְּן אוּן רֶבִּי'ן אוּן פָאלְגְן זַיינֶע וֶוערְטֶער, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ קֶענֶען אַן עֵצָה גֶעבְּן אִין יֶעדְן מַצָב, אִיר וֶועט שְׁטֶענְדִיג וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן אוֹיף דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג.


גֶעדֶענְקְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אִיז אוּנְזֶער רֶבִּי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן פוּן פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס אֲפִילוּ זִיךְ אַלֵיין קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן, אוּן וִויאַזוֹי זָאלְן זַיי קֶענֶען פִירְן אַנְדֶערֶע? סְפֶּעצִיעֶל אִינֶעם לֶעצְטְן דוֹר, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַז עֶס וֶועט דַאן זַיין זֵייעֶר אַסַאךְ פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אַזוֹי סַאךְ וִוי דִי בְּלֶעטֶער פוּן בּוֹים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אֲפִילוּ דִי וָואס דְרֵייעֶן זִיךְ צְוִוישְׁן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ.


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן וֶוער עֶס אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג, אוּן וֶוער עֶס אִיז אַ אֱמֶת'עֶר צַדִיק? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז אוֹיבּ עֶס פַאלְט אַרוֹיף אוֹיפְן מֶענְטְשׁ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט וִוי עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ אִיז אַ סִימָן אַז עֶר אִיז מְקוּרָב צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק. אָבֶּער אוֹיבּ עֶס קוּמְט אַרַיין אִין אִים אַ גַאֲוָה אוּן אַ יֵשׁוּת, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז עֶר גֶעפוּנְט זִיךְ בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג, אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. וַוייל דִי עִיקָר גְרוֹיסְקַייט וָואס מֶען בַּאקוּמְט פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק אִיז שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא, אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן פַארְקֶערְט אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער זָאל דָאס זַיין בַּיי אַייךְ דֶער סִימָן צוּ וִויסְן וֶוער עֶס אִיז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק, אוֹיבּ זֶענְט אִיר דוּרְךְ אִים זוֹכֶה זִיךְ צוּ בַּאפְלַייסִיגְן אִין דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אִיר קוּמְט דוּרְךְ אִים צוּ צוּ שִׁפְלוּת, זָאלְט אִיר וִויסְן אַז עֶר אִיז דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק פוּן דֶעם דוֹר.


אוּן דָאס גֵייט אַרוֹיף אוֹיפְן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן אַלֵיין, וָואס עֶר אִיז דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק, עֶר וֶועט עֶנְדִיגְן אַלֶע תִּקּוּנִים אוּן פַארֶעכְטְן דִי וֶועלְט. אוּן דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ הַאלְטְן נָאר בַּיים הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן, אוּן אִיר זָאלְט פָארְן יֶעדֶעס יָאר רֹאשׁ הַשָׁנָה קַיין אוּמַאן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען אִינְאֵיינֶעם מִיט דִי טֵייעֶרֶע אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ". קוק נאך דעם גאנצן אות.


מען קען נעמען חיזוק פון אנדערע, מען קען הערן שיינע זאכן פון אלע צדיקים - דאס איז נישט קיין סתירה; דער רבי האט אונז קלאר געזאגט אז מיר זאלן לערנען אלע ספרים פון אלע צדיקים. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לָאָדָם, שֶׁיַּעֲבֹר וְיֵלֵךְ בְּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כֻּלָּם, כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", עס איז גוט פאר'ן מענטש דורך צו לערנען יעדע ספר וואס איז דא, דאס איז נישט קיין סתירה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#146 - ווי אזוי דערשרעק איך זיך נישט פון די וואס לאכן אפ פון ברסלב?
חסידות ברסלב, מחלוקת, חב"ד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 14 יעריגער ליבאוויטשער בחור, איך האב געטראפן א קונטרס פון מוהרא"ש, און איך האב עס זייער ליב געהאט און איך האב אנגעהויבן לערנען מער און מער ברסלב'ע ספרים.


אבער אין ליבאוויטש איז מען זייער קעגן ברסלב, מיין טאטע איז געווארן זייער ברוגז אויף מיר אז איך לערן ברסלב'ע ספרים, אויך וויל איך זייער שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער מיינע חברים וועלן מיינען אז איך בין משוגע געווארן. וואס זאל איך טון?


אויך וויל איך וויסן וועלכע ברסלב'ע ספרים איז גוט אנצוהויבן לערנען צום ערשט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס וואונדערט מיר אויף די שקרים וואס דו שרייבסט אז חב"ד איז אנטקעגן ברסלב; ווי קען מען זאגן אזא אפענע ליגנט, ווען חב"ד און ברסלב האבן אלע יארן געלעבט מיט א שטארקע ליבשאפט. אנגעהויבן ביים הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט: "ווער עס קריגט אויפ'ן רבי'ן איז אזוי ווי ער קריגט אויף מיר"; דאס איז געווען ווען עס האט אנגעהויבן ברענען די פייער פון מחלוקת אנטקעגן דעם רבי'ן, האט דער הייליגער בעל התניא זיך זייער אנגענומען.


אזוי אויך קען מען זיך נישט פארשטעלן ווי שטארק דער רבי האט ליב געהאט דעם הייליגן בעל התניא זי"ע, ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון ארץ ישראל נאך א שווערע לאנגע נסיעה איז דער רבי גלייך געפארן צום הייליגן בעל התניא. מען קען זיך נישט פארשטעלן די יסורים וואס איז אריבער אויפ'ן רבי'ן ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, ענדליך ווען ער איז צוריק געקומען איז ער נישט אהיים צו זיך, נאר קודם געפארן צום הייליגן בעל התניא; ווי אזוי קענסטו זאגן אז די צוויי גייען נישט אינאיינעם?!


דער הייליגער בעל התניא איז אמאל געקומען צום רבי'ן אויף שבת, דער רבי האט אים זייער מכבד געווען און דער רבי האט געהייסן אלע אנשי שלומינו זאלן אים שטארק מכבד זיין. עס איז דא אזויפיל מעשיות צו דערציילן פון די ליבשאפט וואס די צוויי הייליגע צדיקים האבן געהאט איינער צום צווייטן, דעריבער פארשטיי איך נישט ווי אזוי דו קענסט זאגן אז די צוויי חסידות'ן גייען נישט אינאיינעם.


ווער האט נאך כח צו מחלוקת? וואס דארף מען מחלוקת? אלע צדיקים זענען קדושים וטהורים, אלע פון זיי ווייזן אונז א וועג ווי אזוי צו לעבן, ווי אזוי צו זיין נאנט צום אייבערשטן; איז דאך נאריש צו רעדן און אוועק מאכן איינער דעם צווייטן. מיר אלע האבן איין באשעפער וועמען מיר דארפן דינען, אזוי ווי דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט ווען ער האט געזען צום ערשטן מאל איינע פון די בענדער פון ליקוטי הלכות, ער האט זיך אויסגעדרוקט: "אב אחד לכלנו", מיר האבן אלע איין טאטע; אזוי ווי צו זאגן אז אלע ספרים פון אלע צדיקים ברענגען אונז נאנט צום אייבערשטן.


דערצייל נישט פאר קיינעם אז דו האסט חיות פון רבינ'ס ספרים; פארוואס דארפסטו זיך רייצן? אויך פאר דיין משפחה דארפסטו נישט דערציילן, אזוי וועסטו איינשפארן מחלוקת און קאפ וויי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#145 - ווי אזוי קען איך זיך דרייען אין ברסלב, אן ווערן אריינגעשלעפט אין מחלוקת?
אומאן, חסידות ברסלב, מחלוקת, ראש השנה, סדר דרך הלימוד, דמיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין א ברסלב'ע משפחה אין ירושלים עיה"ק, אבער איך בין אסאך דורכגעגאנגען ביז איך אליין האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צו ברסלב, איך האב נישט געקענט ליידן די מחלוקת וואס איז געווען אין ברסלב, און איך האב זיך אויפגעהערט דרייען דארט, ביז ווען איך האב געטראפן אייערע שיעורים און ס'האט מיר געוויזן א נייעם וועג, מיט וואס איך בין זיך זייער מחזק ב"ה.


איך וויל זיך אבער יא דרייען צווישן ברסלב'ע חסידים, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין קיין מחלוקת?


אויך וויל איך וויסן וועגן דעם סדר דרך הלימוד, ווי ווייט גייט דאס וואס דער רבי האט געזאגט אז מ'דארף נישט פארשטיין וואס מ'לערנט, און בכלל וואס איז וויכטיגער צו לערנען יעדן טאג, הלכה, גמרא, אדער דעם רבינ'ס ספרים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנטלויף פון מחלוקת אזוי ווי מען אנטלויפט פון פייער, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יח, ד): "בית דין של מטה געבן נישט קיין עונש פאר א קטן אונטער די דרייצן יאר און בית דין של מעלה שטראפן נאר פון די צוואנציג און העכער, אבער מחלוקת איז אזוי הארב אז אפילו קליינע קינדער ווערן אוועק גענומען פון די וועלט אלס א שטראף פאר מחלוקת, אזוי ווי מיר געפונען ביי די מחלוקה פון קרח אז אפילו די קליינע קינדער פון איין טאג אלט זענען אומגעקומען".


זיי נישט פארנומען מיט אנדערע, נאר קוק אויף זיך; אז דו האסט געפונען א פלאץ אין ברסלב וואו דו שעפסט חיות, דו באקומסט לעבן - זאלסטו נעמען פון דעם פלאץ דיין חיות און דיין חיזוק, און אז אנדערע שפירן זייער חיות אין אן אנדערע חבורה זאל דיר דאס נישט שטערן, יעדער איינער זאל נעמען זיין חיזוק פון זיין פלאץ. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון ענק כיתות כיתות, אזוי ווי מען זעט טאקע צווישן אנשי שלומינו טייערע כיתות.


קוק נישט אויף קיינעם און עס זאל דיר נישט אינטערעסירן קיינעם; עס איז נישט דא קיין צייט צו זיין פארנומען מיט דעם און יענעם, דאס לעבן גייט אריבער אזוי שנעל, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב): די יארן פונעם מענטש גייען אריבער אזוי שנעל ווי א שאטן גייט פארביי, נישט ווי א שאטן פון א וואנט, נישט ווי דער שאטן פון א בוים, נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליט; איז א שאד מען זאל זיין פארנומען מיט אנדערע.


דריי זיך צווישן אנשי שלומינו וואס רעדן דיבורי אמונה, עצות פון רבי'ן און חיזוק פון רבי'ן, ווייל אין דעם פלאץ וואו מען רעדט פון רבי'ן דארט געפונט זיך דער רבי, דארט וואו מען איז מחזק איינעם דעם צווייטן דארט איז דער אייבערשטער, ווידער דארט וואו מען גראבט אונטער אנדערע, מען פסל'ט דעם און יענעם וכו' וכו', דארט איז דער שטן; אפילו זיי זעען אויס ווי עובדי השם, מען באטיטלט זיך מיט הויכע עובדי'שע טיטלען: 'חסידי ברסלב האמיתיים', 'נקיי הדעת שבירושלים', וכדומה, איז אלעס איין גרויסער בלאף.


פון די וואס רעדן א הויכע שפראך וכו' - זאלסטו זיך זייער היטן, לאז זיך נישט אפנארן בזה העולם; דער רבי האט אונז געבעטן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מען דארף זייער אכטונג געבן זיך נישט צו לאזן אפנארן, בפרט פון די וואס רעדן א הויכע שפראך, פון די וואס רעדן פון מתקן זיין נשמות; די אלע וואס רעדן הויך די זענען בדרך כלל בעלי דמיונות און פאנטאזירערס, א רחמנות אויף די אלע וואס שלעפן זיך נאך נאך זיי.


מוהרא"ש האט דערציילט אז איינער א פאנטאזירער אין ברסלב האט געזאגט, אז דער הייליגער סטייפלער גאון זכותו יגן עלינו איז געקומען צו אים בעטן א תיקון; מוהרא"ש האט געשריגן: "ווי שעמט זיך נישט א טאָטער, א פארעך צו זאגן אויף אזא גרויסער גדול בישראל, א צדיק אמת, וואס האט זיין גאנץ לעבן זיך מוסר נפש געווען אויף תורה - אז ער איז געקומען צו אים פאר א תיקון?!" דאס ווייזט אז דער פאנטעזירער איז נישט מיט אלעמען און עס איז א רחמנות אויף די וואס גייען אים נאך.


דער זעלבער פאנטאזירער האט געזאגט אויף מוהרא"ש בשעת ווען די לויה פון מוהרא"ש האט זיך אזוי פארצויגן, אז ער עוסק צו מתקן זיין מוהרא"ש; נעבעך פאר אים און א רחמנות אויף זיינע נאכשלעפער. אפילו אן אפגעריסענער נאר, א טיפש - וואלט אויך אזוינס נישט געזאגט; זעט אויס אז ער האט אסאך טיפשים וואס לויפן אים נאך, קען ער דאס זאגן.


דעריבער בעט איך דיר, געב אכטונג פון די בעלי דמיונות און פאנטאזירערס און קוק שטענדיג אויף דיינע רווחים; אז דו דרייסט זיך אין א פלאץ וואס מען זאגט אויפ'ן מנהיג אז ער פליט און הימל און ער האט רוח הקודש, דאס אליין איז נאך נישט גענוג פאר דיר, אויב דער וואס פליט אין הימל קען דיר נישט מזכה זיין דו זאלסט זוכה זיין לערנען און דאווענען - איז דאס אלעס בלאף; אז עס גייט פארביי א שטיק צייט און דו האסט נישט זוכה געווען מסיים צו זיין אפילו איין מאל ששה סדרי משנה, הייסט דאס אפגענארט, און דאס הייסט א פארפירער.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי־אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכטע האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" און פאר יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר־כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך - זאגט דער רבי - איז מיט'ן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט, מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


מוהרא"ש זאגט אז דער שיחה פון רבי'ן גייט ארויף בכלליות אויף אלע תאוות און בפרטיות גייט דאס ארויף אויף דאס וואס א מענטש לויפט נאך א מנהיג, א רבי וכו'; דער רבי לויפט ארום מיט א פארמאכטע האנט און אלע חסידים לויפן אים נאך, אלע מיינען אז ער האט עפעס פאר אים ביז עס קומט דעם לעצטן טאג פון לעבן, דאן עפנט דער מנהיג זיינע הענט און מען זעט ליידיגע הענט השם ירחם; דערפאר ווען מען גייט צו א חבורה, צו א מנהיג, צו א גוטער איד וכו', דארף מען אלץ קוקן צי מען באקומט עפעס אין די האנט, אויב גייט מען אוועק פון דארט מיט ליידיגע הענט איז א סימן אז מען נארט זיך. אפילו דער גוטער איד איז א צדיק, א באהאלטענער צדיק, א ל"ו צדיק, א צדיק וואס פליט אין הימל, ער זעט זאכן וכו'; אויב קען ער מיר נישט מזכה זיין מיט מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מיט לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא וכו', איז אלעס בלאף; אויב איך הייב נישט אן רעדן מיט'ן אייבערשטן, איך באקום נישט פון דעם פלאץ שכל ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, אדער מכבד זיין מיינע עלטערן וכו' איז אלעס נארישקייטן.


ליידער פארנארט מען היינט מענטשן מיט לשונות פון קבלה, מענטשן לויפן נאך א מענטש וואס איז בלינד, קרום און שטום, אזוי ווי דער רבי דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה יב, מבעל תפילה): "א טייל האבן געזאגט אז דער עיקר תכלית איז כבוד וכו' האבן זיי געזוכט א מענטש וואס לויפט זייער נאך זיין כבוד, ביז זיי האבן געזען ווי מען טראגט אן אלטן בעטלער א ציגיינער, און עס זענען אים נאכגעגאנגען פינעף הונדערט ציגיינערס, און דער בעטלער איז געווען בלינד, קרום און שטום", עיין שם; נעבעך, מען נעמט א רבי, א מנהיג וואס איז בלינד, ער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיינע מענטשן, און ער איז שטום - ער רעדט פון אלעס נאר נישט פונעם אייבערשטן.


א צווייטער פאנטאזירער אין ברסלב זאגט אז מוהרא"ש איז אים געקומען אין חלום אז ער האט נישט קיין מנוחה אויבן אין הימל וכו' וכו'; דאס איז בנוסף צו זיינע דמיונות וואס ער פארפירט צענדליגער מענטשן יאר נאך יאר נישט צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה ווייל עס האט זיך אים גע'חלומ'ט אז דער רבי איז מער נישט אין אומאן; א רחמנות אויף די בחורים און אינגעלייט וואס שלעפן זיך נאך נאך אזעלכע דמיונות, בשעת מיר ווייסן אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה"; איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', "לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", נישט נאר ענק זענען אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, "אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה, נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", ראש השנה קען איך יעדן איינעם העלפן, אפילו מענטשן וועם איך קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר.


ווי קען מען זאגן נישט קומען אויף אומאן ראש השנה ווען דער רבי האט געהייסן קומען?! דער רבי האט געזאגט פאר'ן ברסלב'ער רב רבי אהרן זכרונו לברכה ווען ער איז געקומען צום רבי'ן בעפאר דעם לעצטן ראש השנה פאר דער רבי איז אוועק - שנת תקע"א, ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז עס איז אים זייער שווער צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, ווייל ער קען נישט איבערלאזן זיין קהילה, האט זיך דער רבי אנגערופן און געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תו): "ווי אזוי זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס דערפון איז נישט פארהאנען, איי אנדערע גוטע אידן זאגן נישט אזוי? איז נאך א קשיא".


זיי זיך קובע שיעורים בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן משניות און אסאך בלעטער גמרא, אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין הלכה און א שיעור אין רבינ'ס ספרים.


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#144 - מוז איך אפלאזן מיין חסידות, כדי צו ווערן א ברסלב'ער?
חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק דרשות און די בריוו וואס זענען מיר ממש מחי'.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך בין אויפגעוואקסן אין א געוויסע חסידות, וויל איך וויסן אויב איך מוז אפלאזן מיין קהלה און מיין חסידות, כדי צו ווערן א ברסלב'ער?


איך האב גערעדט מיט איינעם א ברסלב'ער איבער דעם, און יענער האט מיר אנגעוויזן וואס דער רבי זאגט אויף אברהם אבינו אז ער האט אפגעלאזט אלעס און נישט געקוקט אויף קיינעם, און יעדער איד דארף זיך אזוי פירן. מיר זעט דאס אבער אויס אביסל איבערגעטריבן, פארוואס זאל איך דארפן אפלאזן אן ערליכע אידישע קהלה, בלויז צו קענען נעמען אויך די עצות פון הייליגן רבי'ן?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קלאר שטעלן, און איך וויל זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן, איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן דריי מאל ששה סדרי משנה, שוין איבער א האלב יאר וואס איך בין מעביר סדרה יעדע וואך, כ'האב שוין געענדיגט רוב שלחן ערוך און רוב מדרש רבה און גאנץ נ"ך, און איך האף ס'וועט נישט נעמען נאך לאנג ביז איך וועל מאכן א גרויסע סיום אויף בבלי און ירושלמי, אויסער נאך פילע שיעורים וואס איך לערן ב"ה, און אויסער די נאך פילע עצות פון הייליגן רבי'ן וואס באגלייטן מיר ממש אויף טריט און שריט, איך קען זיך נישט גענוג באדאנקען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווער דער ברסלב'ער חסיד איז און צי ער האט בכלל שייכות מיט'ן רבי'ן; לויט ווי דו לייגסט מיר אראפ זיין ענטפער וכו', ווייסט ער נישט וואס דער רבי וויל פון אונז.


דער רבי וויל נישט אוועקנעמען מענטשן פון זייער מסורה, פון זייער וועג ווי אזוי זיי לעבן; דער רבי וויל איין זאך, אונז ברענגען צו אזא מדרגה אז מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיר זאלן געדענקען אז עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף די וועלט נאר דינען דעם אייבערשטן, נישט קיין חילוק ווער מען איז און פון וואו מען שטאמט - זאל מען אפלעבן דאס לעבן מיט אמונה און מיט שמחה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אונטערוועגנס אויפ'ן וועג קיין נאווריטש (חיי מוהר"ן, סימן רנ): "יֵשׁ לְאֵל יָדִי לְהַחֲזִיר כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ לְמוּטָב", איך בין בכח צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, "וְלֹא מִבָּעֲיָא יִשְׂרָאֵל קְדוֹשִׁים", נישט נאר די אידן קען איך צוריק ברענגען צום אייבערשטן, "אֶלָּא כָּל הָאֻמּוֹת הָעוֹלָם כֻּלָּם אֲנִי יָכוֹל לְהַחֲזִירָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְהָיִיתִי יָכוֹל לְהוֹלִיכָם סָמוּךְ לְדַת יִשְׂרָאֵל", נאר אפילו די אומות העולם קען איך אויך צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר, בלייב ווייטער מקושר מיט דיין פלאץ וואו דו ביסט אויפגעוואקסן, גיי נישט אוועק פון דיין חסידות. נעם די חיזוק פון רבי'ן אויף א פריוואטע וועג; לערן דיינע שיעורים אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) און זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן, בעט אים יעדע זאך, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט אים און ברענג אריין די שכינה אין שטוב, דאס הייסט זאלסט זען עס זאל זיין שלום ביי דיר אין שטוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רוט אין שטוב, ווייל דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז 'שלום' (שבת י.). און אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה.


זיי זיך נישט מבלבל פון אנדערע, דו זאלסט דינען דעם אייבערשטן אויף דיין וועג. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, השמטה, תחלת חלק שני): אויפ'ן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן וויבאלד ער איז געווען איינער אליין, ער האט נישט געקוקט אויף קיינעם אין די וועלט; ווען א מענטש קוקט נאר אויף זיך דעמאלט איז ער א גליקליכער מענטש, א צופרידענער מענטש. צו וואס פעלט דיר אויס מאכן א מחלוקה וכו'? צו וואס פעלט אויס זיך צו גיין רייצן מיט אנדערע, דערציילן אלעמען: "איך בין א ברסלב'ער"? וואס פעלט דיר אויס אז אלע זאלן אנהייבן קריגן אויף דיר? מען וועט דיר אויסשליסן פון די משפחה, מען וועט זיך דערווייטערן פון דיר ווי מען דערווייטערט זיך פון א קראנקן; דערפאר איז בעסער פאר דיר צו זיין מקושר צום רבי'ן שטילערהייט, לערן און דאווען און זיי פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.