שאלה אין קורצן ענין
#118 - וואס טו איך אז מיין ווייב קען נישט אננעמען א קאמפלימענט?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם דארף איך זיך באדאנקען אויף אייערע דרשות, דאס האט מיר ממש געטוישט מיין לעבן, איך רעד מער צום אייבערשטן, איך קוק אנדערש אויף מיין ווייב און קינדער און אויף אנדערע מענטשן, און אזוי ווייטער האט מיר דאס גאר אסאך געהאלפן ברוך ה'.


איר זאגט אסאך ביי די דרשות אז מ'זאל געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב, וואס קען איך אבער טון אז מיין ווייב נעמט עס נישט אן, זי זאגט אז זי פילט נישט אז ס'איז אמת'דיג, זי פילט נישט קיין ליבשאפט אין דעם.


אויך ביי אנדערע זאכן אינדערהיים האט זי נישט קיין געפיל, זי טוט מיר א גאנצע טובה וכו', עס אינטערעסירט איר נישט צו שטארק וכו', און דאס מאכט מיר זייער שווער, איך דארף ארויסגיין ארבעטן אויפ'ן גאס, און ווען מ'ווערט נישט זאט אינדערהיים, האט מען פילפאכיג מער נסיונות אויפ'ן גאס.


איך האב שוין אזויפיל מתפלל געווען אויף דעם, איך זע אבער נאכנישט קיין שינוי לטובה, איך ווער זייער צעבראכן און מיואש פון דעם. איך בין שוין געווען ביי אסאך מענטשן נאך הילף, אפשר אויף א שטיקל צייט איז עס בעסער געווארן, אבער נאכדעם איז עס צוריק געפאלן, אפשר וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען געבן אן עצה און חיזוק אויף דעם.


שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' ומחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; אז מען נעמט אן דעם רבינ'ס עצות עפענט זיך אויף פארן מענטש א נייע וועלט, מען הייבט אן לעבן נאך בזה העולם א לעבן פון 'גן עדן', מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז דא.


דער הייליגער רבי וועקט אויף דעם מענטש פון שלאף; ווען מען קומט צום רבי'ן ווערט מקוים דעם פסוק (בראשית כח, טז): "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב מִשְּׁנָתוֹ", דער איד וועקט זיך אויף פון זיין שלאף, "וַיֹּאמֶר", און ער זאגט "אָכֵן", עס איז אמת "יֵשׁ ה'", דער אייבערשטער איז דא, "בַּמָּקוֹם הַזֶּה", אויף דעם ארט, "וְאָנֹכִי לֹא יָדָעְתִּי", און איך האב נישט געוואוסט; פאר מען הערט פון רבי'ן ווייסט מען נישט אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, עס איז אזוי ווי מען שלאפט א טיפער שלאף.


א איד האט דערציילט (עיין ספר פרנסה טובה שיחות והתחזקות, סימן מא) אז ער האט געדארפט אמאל א טובה פון מוהרא"ש, איז ער געגאנגען צו די תלמוד תורה וואו מוהרא"ש איז געווען איינגעשטעלט, מוהרא"ש איז דעמאלט געווען א מלמד, און ער איז אנגעקומען ווען מוהרא"ש האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען חומש פרשת ויצא, מען האט געהאלטן ביי דעם פסוק (בראשית כח, טז):  "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב מִשְּׁנָתוֹ", איז דער איד געבליבן שטיין אינדרויסן פון כתה, ער האט אריין געקוקט און זיך צוגעהערט ווי אזוי מוהרא"ש לערנט פאר דעם פסוק פאר די קינדער: "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב", יעקב האט זיך אויפגעוועקט, "מִשְּׁנָתוֹ", פון זיין שלאף, "וַיֹּאמֶר", און ער האט געזאגט "אָכֵן", עס איז אמת, "יֵשׁ ה'", דער אייבערשטער איז דא - און מוהרא"ש האט געוויזן מיט די פינגער אויף די כתה - "בַּמָּקוֹם הַזֶּה", אויף דעם ארט, "וְאָנֹכִי", און איך - און מוהרא"ש האט געוויזן אויף זיך - "לֹא יָדָעְתִּי", האב נישט געוואוסט. מוהרא"ש האט דאס איבער גע'חזר'ט עטליכע מאל; האט דער איד דערציילט אז ער האט ממש געשפירט ווי ער געפינט זיך אין 'גן עדן', ער האט געהאט אזא התעוררות פון דעם, ער האט געשפירט ווי דער פסוק מיינט אים אליין, ווי ער וועקט זיך אויף און טראכט צו זיך: 'איך האב נישט געכאפט אז דער אייבערשטער איז דא, נעבן מיר, איך קען דאך רעדן צו אים'.


בנוגע געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב; קודם כל נישט איך זאג אז מען דארף געבן גוטע ווערטער אין שטוב, נאר דער רבי זאגט דאס. דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין און האלטן טייער די ווייב (עיין שיחות הר"ן, סימן רסד), ווייל זיי ליידן פון די קינדער זייער אסאך צער און עגמת נפש. צער העיבור, והלידה, והגידול וכו' וכו'; נאך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט) אז די גאנצע עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; און בכלל איז שלום בית געווען א יסוד היסודות ביים רבי'ן.


עס זענען דא מענטשן וואס ווייסן נישט ווי אזוי מען נעמט ליבשאפט; צום ביישפיל ווען מען געבט זיי א גוט ווארט ווארפן זיי דאס אוועק וכו' וכו', ווער רעדט נאך פון געבן גוטע ווערטער - דאס קענען זיי זיכער נישט. דאס קומט על פי רוב ווייל זיי האב דאס נישט באקומען אין די יונגע יארן, מען האט זיי נישט געגעבן גוטע ווערטער וכו'; דאס מאכט זיך אמאל ביי די פרוי און מאל ביי דעם מאן, און פון דעם ווערט א שלום בית פראבלעם.


אבער אנשטאט ווערן בכעס אויפן צווייטן, אז יענער וויל נישט נעמען קיין ליבשאפט און זיכער נישט געבן וכו', דארף מען דאס אנקוקן מיט א רחמנות'דיגע בליק, אז זיי האבן דאס נישט באקומען פון קינדווייז אן; זיי זענען אריבער שווערע קינדער יארן, דעריבער קענען זיי נישט נעמען גוטע ווערטער און זיכער נישט געבן.


וואס איז די עצה? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי"; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז א פרוי ווערט איינס מיט איר מאן נאר אויב דער מאן מאכט איר פאר א כלי, ער בויט איר אויף, ער דערהייבט איר און ער שטארקט איר, דעמאלט ווערט זי איינס מיט איר מאן. אבער אויב דער מאן האט נישט קיין שכל, ער דערנידערט איר און ער צעברעכט איר ביז זי ווערט א שברי כלי, דעמאלט וועט קיינמאל נישט זיין צווישן זיי קיין שלום בית, זי וועט קיינמאל נישט ווערן איינס מיט איר מאן.


זייער אסאך מאל האט מען חתונה מיט א פרוי א שברי כלי; אלס מיידל האט מען איר אלץ נאר צעבראכן און אראפגעקלאפט, און דאס קלאפט אויס שפעטער ווען מען האט חתונה, דעריבער דארף דער מאן מאכן פון די 'שברי כלי' א 'כלי'; כסדר איר אויסרימען און אויסלויבן. אודאי וועט זי זיך ווייטער אראפ קלאפן: "איך בין נישט גוט"; "איך בין נישט קיין ווייב"; "איך האב רחמנות אויף דיר אז דו האסט חתונה געהאט מיט מיר"; "מיינע געשוויסטער זענען אלע מער געלונגען ווי מיר", וכדומה לזה; מיט דעם אלעם טאר מען זיך נישט דערשרעקן, נאר מען דארף ווייטער רעדן שיין און האלטן אין איין חזר'ן: "ביי מיר ביסטו זייער גוט"; "ביי מיר ביסטו מיין קרוין"; "ביי מיר ביסטו דאס חשוב'סטע"; ביז מען מאכט איר פאר א גאנצע כלי.


מען טאר נישט ווערן באליידיגט וכו' ווען מען געבט ליבשאפט וכו' און די ווייב ווארפט עס צוריק, און זיכער נישט טראכטן אז זי דארף נישט וכו'; עס איז איר פשוט שווער דאס צו נעמען, זי ווייסט נישט ווי אזוי מען עסט א קאמפלימענט. פרוביר צו גיין שטייטערהייט, האב סבלנות צו איר, דורכדעם וועסטו אנקומען גאר ווייט, אזוי ווי דער מאמר החכם לויטעט: "הַסֵּבֶל - תַּחְבּוּלָה, לְמִי שֶׁאֵין לוֹ תַחְבֻּלָּה", געדולד איז די וועג פאר ווער עס האט נישט קיין וועג; מיט סבלנות קומט מען אן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#117 - וואס מיינט דער "נקודת החבר"?
חסידות ברסלב, צדיקים, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ב"ה מקורב געווארן צו ברסלב, איך וויל זיין א ברסלב'ער חסיד, מיין שאלה איז וואס דאס מיינט דער "נקודת החבר" פון וואס דער רבי רעדט אין תורה ל"ד, דער רב וואס האט מיר מקרב געווען צו ברסלב, איז ער מיין "נקודת החבר"? אדער איז ער מיין רבי און איך דארף זיך מבטל זיין צו אים?


איך האף איר וועט מיר דאס קענען אויסקלארן, יישר כח


אריאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אריאל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון ענק כיתות כיתות; אלע אנשי שלומינו זענען טייערע אידן, כולם אהבים כולם ברורים. מען דארף נאר געדענקען וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סא): עס זענען דא מנהיגים וואס קענען זיך אליינס נישט פירן, ווי אזו קענען זיי פירן אנדערע מענטשן? אויך דארף מען געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.


דערפאר דארף א מענטש אויפזוכן ביי אנשי שלומינו איינער וואס קען אים מחזק זיין צו פאלגן דעם רבינ'ס עצות בתמימות ובפשיטות; סיי די עצה פון התבודדות און סיי די עצה פון לערנען אויפן 'סדר דרך הלימוד' (עיין שיחות הר"ן, סימן עו), ווייל נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש; 'אט איז מען א קינד, אט איז מען א בחור, אט איז מען א אינגערמאן, און אט פירט מען שוין צום אייביגן ארט', אינעם אייביגן ארט נעמט מען נישט מיט קיין געלט, דארט נעמט מען מיט נאר תורה תפילה ומעשים טובים אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ט): "אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד".


התחזקות קען מען נעמען פון יעדן איינעם; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "שָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר, שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ. "אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַך. כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", ער האט געהערט פון א אמת'ן צדיק אז אויב וואלט ער געהאט איינעם וואס זאל אים זאגן: "ברודער שטארק דיר און דערהאלט זיך" - וואלט ער זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם; ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט אויך געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, אבער קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער; דאס מיינט נקודת החבר, מען איז זיך מחזק איינער מיטן צווייטן, אבער זיך מבטל זיין דארף מען נאר צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט אפנארן און מען זאל נישט נאכלויפן א מענטש וואס קען זיך אליינס נישט העלפן; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (אות טו) וואס איז דער סימן פון אן אמת'ער מנהיג אדער א פאלשער מנהיג: "וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן עב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא, אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק", עיין שם.


אז דו טרעפסט איינער וואס איז דיר מחזק אויף התבודדות און אויף לימוד התורה זאלסטו אים נישט אפלאזן, נאר געב אכטונג מען זאל דיר נישט אפנארן, דאן וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#116 - פארוואס זענען נישט דא מער ברסלב'ע חסידים? און אויף וועלכע זאכן דארף מען נישט פאלגן די עלטערן?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אייערע שיעורים און חיזוק האבן מיר ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן מן הקצה אל הקצה ברוך ה', און צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען אויף דעם.


איך האב געוואלט פרעגן איבער חסידות ברסלב. מען זעט אין ברסלב אז כמעט יעדער איינער איז א פרישער מקורב, אלעס איז נייע מענטשן, וואו זענען די אלע ברסלב'ע חסידים פון אלע דורות, נאך איבער צוויי הונדערט יאר פון הייליגן רבי'ן, וואלט דאך די ברסלב'ע חסידות געדארפט איבערשטייגן אלע אנדערע חסידות'ן אין צאל פון מענטשן, און למעשה איז דאס נישט אזוי.


אויך האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז אויף צוויי זאכן דארף מען נישט פאלגן די עלטערן, דאס איז וואו צו גיין לערנען, און אויף א שידוך, נאר ביי די צוויי זאכן דארף מען טון וואס מ'זעט פאר ריכטיג, און מ'דארף נישט פרעגן די עלטערן, האב איך געוואלט פרעגן וואו ס'איז דער מקור אין שלחן ערוך אויף דעם.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' און מחזק מיטן הייליגן רבי'ן.


דו שרייבסט אז די רבי'ס דיבורים האט דיר אינגאנצן געטוישט דיין לעבן צום גוטן - מקצה אל הקצה; דער רבי האט דאס בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זיין אן ערליכער איד. נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; ווייל דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן, דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן לעבן מיט אמונה, מיט תכלית. און דער רבי געבט אונז א וועג ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (עיין שיחות הר"ן סימן עו).


אזוי אויך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכב): "ווער עס וועט נאר האבן א שייכות מיט איינע פון מיינע תלמידים, וועט שוין אויך ווערן אן ערליכער איד. נישט נאר אן ערליכער איד, נאר גאר א גרויסער צדיק".


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען שטארבט - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס... דעמאלט וועט ער זייער חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן, ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דו פרעגסט: "וואו זענען אלע ברסלב'ע חסידים?" וויל איך דיך פרעגן: "וואס איז ברסלב'ע חסידות? ווי אזוי ווערט מען א ברסלב'ער חסיד?!" א ברסלב'ער חסיד קען מען נישט דערקענען פון אינדרויסן, ברסלב האט נישט א געוויסע לבוש, אז מען זאל קענען ציילן וויפיל מענטשן האבן שייכות צו דעם רבי'ן; דער רבי וויל פון אונז אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן. מען זאל זיך מתבודד זיין יעדן טאג, זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים דערציילן אלעס וואס גייט איבער אויף אונז. התבודדות איז א זאך וואס איז פריוואט, עס איז צווישן דעם מענטש אינעם אייבערשטן - "בַּד בְּבַד יִהְיֶה - קוֹדֶשׁ".


נאך א זאך וואס דער רבי וויל פון אונז, אז מיר זאלן זיין פרייליך. מיר זאלן זיך מחיה זיין מיט יעדע נקודה טובה, מען זאל נישט אויפגעבן ווען מען זעט אז מען האלט אין איין אראפפאלן און מען זאל נישט אויפהייבן די הענט ווען מען זעט אז וויפיל מאל מען פרובירט נאכאמאל פאלט מען צוריק - דאס איז ברסלב'ע חסידות; געבן מוט פארן מענטש אנצוגיין אין לעבן.


דער הייליגער רבי איז א מתנה פאר כלל ישראל; דער רבי איז א מתנה פאר די גאנצע וועלט - פאר אלע אידן און להבדיל אפילו פאר אומות העולם. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אונטערוועגנס ווען ער איז געפארן קיין נאווריטש (חיי מוהר"ן, סימן רנ): "יֵשׁ לְאֵל יָדִי לְהַחֲזִיר כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ לְמוּטָב", איך בין בכח צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, "וְלֹא מִבָּעֲיָא יִשְׂרָאֵל קְדוֹשִׁים, אֶלָּא כָּל הָאֻמּוֹת הָעוֹלָם כֻּלָּם אֲנִי יָכוֹל לְהַחֲזִירָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְהָיִיתִי יָכוֹל לְהוֹלִיכָם סָמוּךְ לְדַת יִשְׂרָאֵל", נישט נאר די אידן קען איך צוריק ברענגען צום אייבערשטן, נאר אפילו די אומות העולם קען איך אויך צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


מוסר נפש געווען האט זיך דער רבי צו ראטעווען אידן פון עבירות; איינע פון די זאכן וואס דער רבי האט אונז געהייסן איז צו גיין "הפצה". יעדער ברסלב'ער חסיד דארף עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן און מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען איז עוסק אין הפצה. דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון במשך פופציג יאר אין איין צי; געדרוקט דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארפלייצט אויף די גאנצע וועלט. נאכדעם האט ער געשריבן קונטרסים; ער האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער און דאס אראפ געשריבן אויף א גרינגע שפראך פאר בני הנעורים אז זיי זאלן דאס אויך קענען פארשטיין, ער האט געדרוקט די קונטרסים אויף צענדליגער שפראכן און דאס פארשפרייט פאר די וועלט, און דאס טוען ווייטער תלמידי היכל הקודש מיט מסירות נפש.


הונדערטער מיליאנען ספרים און קונטרסים - בלי גוזמא - האט מוהרא"ש געדרוקט און פארשפרייט פאר די וועלט, מיט איין כוונה: אז נאך א איד זאל וויסן פונעם אייבערשטן, נאך א איד זאל וויסן אז ער קען נאך תשובה טון און נאך א איד זאל וויסן אז ער קען אנהייבן פון דאסניי; דאס איז ברסלב: "מאכן נאך א איד טראכטן פון תכלית; זיך מחזק זיין מיט דאס גוטס וואס מען האט; גלייבן אז מען קען נאך פאררעכטן; אפילו דער גרעסטער בעל עבירה האט נאך א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן" - דאס איז ברסלב!


מענטשן זוכן נישט צו דערציילן פאר אנדערע אז זיי לעבן פון דעם רבינ'ס עצות און חיזוק ווייל אסאך מאל ווערט פון דעם א גרויסע מחלוקת, אבער אלע נעמען די חיזוק פון רבי'ן. עס איז נישט דא קיין איין איד אויף דער וועלט וואס שעפט נישט חיות פון רבי'ן, אויב נישט גראדערהייט איז עס בעקיפין; זיין רב, זיין מורה דרך, זיין משפיע וכו' נעמט חיות פון רבי'ן, עס איז נישט דא נאך איינער וואס קען אזוי מחזק זיין א מענטש וואס איז אראפ געפאלן אין עבירות ווי דער הייליגער רבי.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג): עס איז געווען א פייגל וואס האט געלייגט זייער אסאך אייער, זעענדיג אז זי האט נישט גענוג פלאץ אין איר נעסט פאר אלע אירע אייער, האט זי געטראכט אז זי וועט שטילערהייט לייגן אירע אייער אין אנדערע נעסטן און דארט זאל זיך עס ווארעמען. אזוי האט זי געטון, זי האט ארויסגעלייגט הונדערטער אייער אין אומצאליגע נעסטן; שפעטער ווען עס זענען ארויסגעקומען די פייגלעך פון די אייער האבן די פייגל פון די אנדערע נעסטן געמיינט אז דאס זענען זייערע קינדער, ביז די מאמע פון די אלע פייגלעך איז געקומען און געפיפן מיט איר מויל, דאן האבן אלע פייגל דערקענט זייער מאמעס קול זענען זיי אלע מיטגעפלויגן מיט איר.


אזוי איז אויך ביים רבי'ן; דער רבי מיינט אז דאס זענען זיינע מענטשן, דער משפיע מיינט אז די זענען זיינע בחורים, ביז דער רבי געבט א פייף און זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און אלע קומען צו לויפן קיין אומאן; עס איז ממש אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו ס, ד): "שְׂאִי סָבִיב עֵינַיִךְ וּרְאִי כֻּלָּם נִקְבְּצוּ בָאוּ לָךְ בָּנַיִךְ מֵרָחוֹק יָבֹאוּ וּבְנֹתַיִךְ עַל צַד תֵּאָמַנָה", אלע קומען צו פארן "תֵּ'אָמַנָה" קיין אומאן, דארט קען מען שוין אביסל זען וואס טוט זיך דא, וויפיל מענטשן נעמען חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


בנוגע אויב מען וויל גיין לערנען אין א ישיבה און די עלטערן זענען נישט מסכים וכו'; עס ווערט גע'פסק'עט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רמ, סעיף כה): "תַּלְמִיד שֶׁרוֹצֶה לָלֶכֶת לְמָקוֹם אַחֵר, שֶּׁהוּא בּוֹטֵחַ שֶׁיִּרְאֶה סִימָן בְּרָכָה בְּתַלְמוּדוֹ לִפְנֵי הָרַב שֶׁשָּׁם, וְאָבִיו מוֹחֶה בּוֹ, לְפִי שֶׁדּוֹאֵג שֶׁבְּאוֹתָהּ הָעִיר הַגּוֹיִם מַעֲלִילִים - אֵינוֹ צָרִיך לִשְׁמוֹעַ לְאָבִיו בָּזֶה", אויב מען וויל גיין לערנען ביי א געוויסע רבי תורה וואוסענדיג אז מען גייט מצליח זיין אין דעם ישיבה מער ווי ביי א צווייטער רבי, און דער טאטע לאזט נישט גיין ווייל ער האט מורא אז דער זון וועט צו קומען צו א סכנה - מעג מען גיין אהין לערנען, און דער רמ"א לייגט צו נאך אן הלכה, "וְכֵן אִם הָאָב מוֹחֶה בְּבֵן לִשָּׂא אֵיזוֹ אִשָּׁה שֶׁיַּחְפֹּץ בָּהּ הַבֵּן - אֵין צָרִיך לִשְׁמוֹעַ אֶל הָאָב", אזוי אויך אויב דער טאטע לאזט נישט זיין זון חתונה האבן דארף ער נישט צו הערן צו אים. דער מקור פון דער הלכה איז אין תשובת מהרי"ק (שורש קסו): "דְּאֵין כֹּחַ בְּיַד הָאָב לִמְחוֹת בְּיָד בְּנוֹ לִשָּׂא אִשָּׁה אֲשֶׁר יַחְפֹּץ בָּהּ הַבֵּן, דְּאֵין חַיָיב לְכַבְּדוֹ אֶלָּא בִּדְבָרִים שֶׁשַׁיָיכִים לְאָב, כְּגוֹן מַאֲכִילוֹ וּמַשְׁקּוֹ, אֲבָל מִלְּתָא דְּלֹא שַׁיָיך בְּאָב פְּשִׁיטָא דְּאֵין כֹּחַ בְּיָד הָאָב לִמְחוֹת בִּבְנוֹ, עד כאן לשונו".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן, און נעמען א חלק אין צוריק קערן אלע אידן צום אייבערשטן.

#115 - איז דא צוויי מעשיות פון רבי'ן מיט רעגן?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס, און ספעציעל פאר די טעגליכע בריוו וואס איז מיר ממש מחיה יעדן טאג. איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן אינעם בריוו פון זונטאג פ' אחרי קדושים, "דער רבי האט דערציילט אז א קעניג איז געגאנגען מיט זיינע באדינערס אין וואלד כאפן א הערש, פלוצלינג איז געווארן טונקל, די הימל איז באדעקט געווארן מיט שווארצע וואלקענעס, עס האט אנגעהויבן רעגענען, אלע מענטשן וואס זענען מיטגעגאנגען מיטן קעניג האבן געוואלט צוריק אהיים גיין, האט דער קעניג געזאגט: "איך בלייב דא ווייל איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל קען צוריקגיין", האט דער רבי אויסגעפירט די מעשה און געזאגט: "דאס זעלבע זאג איך אייך, איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל קען צוריקגיין"., איז דאס די זעלבע מעשה אז די דארפישע מענטשן וועלן ברענגען די גאולה, אדער איז דאס אן אנדערע מעשה?


יישר כח אויף אלעס, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס זענען צוויי באזונדערע סיפורים.


דער רבי האט דערציילט א "מעשה ממטר". עס איז געווען א קעניג וואס איז געגאנגען מיט זיינע שרים פאנגען חיות, ער איז געווען אנגעטון ווי א פשוט'ער דארפסמאן, פליצלונג האט זיך אראפגעלאזט א שטארקע רעגן, אלע שרים זענען זיך צולאפן און זיי האבן איבערגעלאזט דעם קעניג אליין, דער קעניג איז געווען אין א גרויסער סכנה און ער האט געזוכט א פלאץ וואו ער קען זיך באשיצן, ביז ער האט געטראפן א הויז ווי עס האט געוואוינט א פשוט'ער דארפסמאן, דער דארפסמאן האט אריין גענומען דעם קעניג, ער האט אנגעטון דעם קעניג פרישע קליידער און אים געגעבן צו עסן אביסל גריז און אים געלייגט שלאפן נעבן דעם אויבן וכו'. דער קעניג איז געווען זייער מיד און פארמאטערט און ער האט זיך אזוי מחי' געווען מיט דעם בעט וואס דער דארפסמאן האט אים צוגעשטעלט, אז ממש ער האט נאך קיינמאל נישט געשפירט אזא געשמאק ווי ער האט דארט געהאט ביי דעם פשוט'ן דארפסמאן.


שפעטער ווען עס האט אויפגעהערט רעגענען זענען אלע שרי המלוכה געקומען זוכן דעם קעניג, ביז זיי האבן אים געטראפן שלאפן ביים דארפסמאן אין שטוב. ווען זיי האבן געוואלט אהיים נעמען דעם קעניג האט זיי דער קעניג געזאגט: "ווען עס האט גערעגנט האט איר נישט געקוקט אויף מיר, יעדער פון אייך איז געלאפן זוכן שוץ פאר זיך אליין און איך בין געבליבן אליין, נאר דער דארפסמאן האט מיר אריין גענומען צו זיך אין שטוב און מיך געראטעוועט, וועט ער מיר אהיים טראגן צום פלאץ און ער וועט מיר אנטון מיין קרוין", האט דער רבי אויסגעפירט: "פאר משיח וועט קומען וועט זיין א מבול פון אפיקורסות; נישט א מבול פון וואסער און נישט א מבול פון פייער, נאר א מבול פון שלעכטע מחשבות, עס וועט אריין שפריצן אפילו אין די כשר'ע הערצער און מיט חכמות וועט מען זיך נישט קענען אן עצה געבן, נאר די פשוט'ע אידן וואס זאגן תהלים מיט תמימות ופשיטות, זיי וועלן זיך דערהאלטן און זיי וועלן אנטון דעם קרוין פאר משיח (פעולת הצדיק, סימן תתל"ד)".


דער הייליגער רבי מסאטמאר זכותו יגן עלינו ברענגט אראפ די מעשה אין ספר ויואל משה און ער פירט אויס בזה הלשון (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ): "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ, שֶׁרָאָה מַה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא".


 דער רבי האט דערציילט די מעשה ארויס צו ברענגען דאס גרויסקייט פון זיך פירן מיט תמימות און פשיטות; אז דייקא די וואס לעבן מיט פשוט'ע אמונה, די וועלן זיך קענען דערהאלטן אינעם גאס רעגן פון כפירות ואפיקורסות. ווייל די וואס גייען נאך זייערע חכמות די פאלן נאכדעם אוועק, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵך אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדרייט דער וועלט און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאך געגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַך", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט תמימות, ער גייט אין די וועגן פון די תורה אן קיין שום חכמות, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו לעבן א זיכערע לעבן. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי י, ט): "הוֹלֵךְ בַּתֹּם יֵלֶךְ בֶטַח", ווער עס גייט בתמימות - גייט אויף א זיכערע וועג.

#114 - פארוואס כאפן זיך אן אויף ברסלב אזויפיל משוגעים?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א קשיא צום ראש ישיבה, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר דאס ענטפערן, ווייל איך פרעג עס באמת נישט לקנטר, נאר ווייל איך וויל טאקע פארשטיין.


דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל אז ברסלב איז נאר תורה און תפלה און די אלע עצות פון הייליגן רבי'ן, און די אלע משוגעים וואס כאפן זיך אן אין ברסלב, זענען באמת נישט ברסלב. מיין קשיא איז פארוואס די אלע שלעכטע מענטשן און משוגעים כאפן זיך אן דוקא אין ברסלב, פארוואס כאפן זיי זיך נישט אן אין אנדערע חסידות'ן, דאס ווייזט דאך יא אז עפעס ליגט דא אונטער דעם.


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח, מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט איז דער ס"מ געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, גיי זוך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקער אן איינגעבויגענער, זיי האבן זייער געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה, און די נשמה קען שוין אראפ קומען אויף דער וועלט.


וואס איז די עצה פונעם ס"מ? מוהרא"ש זאגט אז זיין עצה איז אז ער פארשעמט דעם רבי'ן; דאס וואס מיר ליידן ביז היינט פון דעם וואס מענטשן מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון משוגעים און מטורפים, דאס איז אלץ א מניעה וואס דער ס"מ שטעלט אוועק אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב, מען זאל נישט לערנען דעם רבינ'ס ספרים און מען זאל זיך צוריק האלטן פון האבן שייכות מיט ברסלב'ער חסידים.


דו ביסט גערעכט מיט דעם וואס דו שרייבסט אז עס זענען דא אסאך אינטערעסאנטע מענטשן וואס פאררופן זיך "ברסלב'ער"; ליידער האבן זיך צוגעקלעבט צו ברסלב כל מיני משוגעים און אינטערעסאנטע באשעפענישן וואס טאנצן אין די גאסן, בפרט די נייע צרה פון נ' נח' וכו'. דאס מאכט א שרעקליכער שלעכטער נאמען אויפן הייליגן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים, און דאס איז גורם אז זייער אסאך מענטשן האלטן זיך אפ פון לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און מקורב ווערן צום רבי'ן.


מען דארף אבער וויסן אז אזוי ווי יעדע זיסע פרוכט האט אויף זיך א הארטע שאלאכטץ, און ווען מען נעמט אוועק דעם שאלאכטץ האט מען א געשמאקע זיסע פרוכט; אזוי אויך, ווען א מענטש איז זוכה צו נעמען די שכל פון הייליגן רבי'ן, ער לערנט די ספרים פון רבי'ן, דאס איז בעסער פון אלע תענוגים וואס איז נאר דא אויף דער וועלט, ווייל דער רבי האט עצות און חיזוק פאר יעדן איינעם און יעדע מצב. ווער עס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים דער דארף שוין גארנישט, ער לעבט נאך אויף דער וועלט ממש ווי אין גן עדן.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה די זאך פון התבודדות; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און הייבט אן זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, ער דערציילט אלעס פארן אייבערשטן אזוי ווי ער וואלט דאס דערציילט פאר א גוטער חבר, דער מענטש איז דער גליקליכסטער מענטש, ביי אים ווערט מקוים דאס וואס שטייט (ויקרא כו, יב): "וְהִתְהַלַּכְתִּי בְּתוֹכְכֶם, וְהָיִיתִי לָכֶם לֵאלֹהִים וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי לְעָם", זאגט אויף דעם רש"י: "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן כְּאַחַד מִכֶּם וְלֹא תִּהְיוּ מִזְדַּעְזְעִים מִמֶּנִּי".


עס איז נישט דא קיין זיסערע זאך ווי ווען א מענטש שפירט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, ער שפירט ווי עס איז מלא כל הארץ כבודו און ער רעדט מיטן השם יתברך פנים אל פנים. וואויל איז אים אויף דער וועלט און וואויל איז אים לעולם הבא.


דער אייבערשטער זאל שוין בקרוב ברענגען משיח צדקינו, דעמאלט וועט מען זען אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, אזוי ווי עס גייט דער ניגון וואס מען זינגט אין ברסלב, וואס ר' נתן פלעגט זינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט מען זען ווען משיח וועט קומען"; ווייל משיח וועט אויסלערנען צו רעדן צום הייליגן באשעפער, יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה' לְעָבְדוֹ שְׁכֶם אֶחָד", און יעדער וועט אוועק ווארפן די געלט, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו ב, כ): "בַּיּוֹם הַהוּא יַשְׁלִיךְ הָאָדָם אֵת אֱלִילֵי כַסְפּוֹ, וְאֵת אֱלִילֵי זְהָבוֹ"; דאס אלעס טוט דער רבי מיט אונז שוין יעצט, דער רבי לערנט מיט אונז מיר זאלן נאר גיין צום אייבערשטן.

#113 - איך וויל נאר א ברסלבער חתן, וואס זאל איך טון?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל אין די יארן, מיין עלטערן זוכן פאר מיר א שידוך, איך הער אבער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך וואלט זייער געוואלט האבן א חתן וואס הערט אויך די געוואלדיגע לימודים.


ווען מיין מאמע האט אבער געהערט אז איך וויל א ברסלב'ע שידוך האט זי נישט געוואלט הערן דערפון, זי ווייסט דאך נישט וואס ברסלב איז. מיין שאלה איז אויב זאל איך זיך עקשנ'ען און ווארטן דוקא נאר אויף א ברסלב'ע שידוך, אדער נישט.


דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו פאר א כלה אז זייער אסאך בחורים הערן די שיעורים אויך אין אנדערע ישיבות, איך זע אבער ביי מיינע ברידער אז נישט אלע הערן די שיעורים, און איך זע אויך ביי זיי ווי אזוי עס זעט אויס א לעבן אן די לימודים, און איך וויל זייער נישט אז מיין לעבן זאל אזוי אויסזען.


איך וויין אסאך צום אייבערשטן וועגן דעם, איך ווייס אבער נישט וואס איך דארף צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן א קלארע ענטפער וואס איך האב צו טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי זייער גוט אייערע עלטערן פארוואס זיי ווילן נישט קיין ברסלב'ער בחור פאר אן איידעם, ווייל עלטערן ווילן נאר דאס גוטס פון די קינדער, עלטערן ווילן דאס בעסטע פאר די קינדער, און היות זיי האבן געהערט אסאך לשון הרע אויף ברסלב, ווילן זיי נישט קיין ברסלב'ער בחור, אבער ווען זיי וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז, וואלטן זיי "נאר" גענומען א ברסלב'ער בחור פאר אן איידעם. ווייל ביים רבי'ן איז 'שלום בית' א יסוד היסודות, און דער רבי האט זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם". דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים און צער לידה וכו'.


זאל איינער ברענגען נאך א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט אזוי פארלאנגט פון זיינע תלמידים מען זאל אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב; 'שלום בית' איז ביים רבי'ן א יסוד, און ווער עס ווייסט מבחין צו זיין, זעט ווי שיין ברסלב'ער אידן לעבן; מען איז מכבד די ווייב, מען לעבט מיט תכלית און מען ציט אויף אן ערליכער שטוב פארן אייבערשטן.


דעריבער זאלט איר זיין זייער שטארק ביי זיך און קלאר שטעלן פאר אייערע עלטערן אז איר ווילט אויפשטעלן א ברסלב'ער שטוב; זאגט זיי: "טייערע טאטע און מאמע, איך בין א ברסלב'ער, מיין לעבן איז דער הייליגער רבי, איך לעב פון דעם רבינ'ס חיזוק און פונעם רבינ'ס עצות; בעט איך ענק טייערע טאטע מאמע, הערט אליינס אויס וואס מען רעדט אין ברסלב, וואס מען פארקויפט אין ברסלב; קוקט אייך צו ווי אזוי ברסלב'ער אידן לעבן, וועט איר זיך איבערצייגן אז מיר האבן איין ציל אין לעבן, איך וויל וואס איר ווילט און איר ווילט וואס איך וויל"; אזעלכע ווערטער זאלט איר רעדן צו אייערע עלטערן, דאן וועט זיך אלעס טוישן. געדענקט וואס שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", דער וואס רעדט שיינע רייד נעמט אוועק כעס; אז מען רעדט שיינע ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, פועל'ט מען ביים סוף.


אודאי זאלט איר נישט פארגעסן פאר איין סקונדע אז א שידוך קומט "נאר" פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל 'מֵה' יָצָא הַדָּבָר'"; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוואוסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן; און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


מאכט תפילה, דאווענט צום אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו א בחור א ירא שמים וואס זאל זיין אן ערליכער מאן, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר! איך וויל אויפשטעלן א ערליכע שטוב, א ווארעמע שטוב, א שטוב אזוי ווי דער רבי לערנט אונז, א שטוב וואו מען וועט לעבן מיט אמונה, מיט שמחה, מיט קדושה, א שטוב וואו איך און מיין מאן וועלן זיך מכבד זיין. העלף מיר אייבערשטער אז מיינע עלטערן זאלן נישט אויסהערן לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן בקרוב אייער שידוך, און אודאי זאלט איר זוכה זיין צו טרעפן א בחור וואס לעבט מיטן באשעפער און האט מורא פונעם אייבערשטן, אמן.

#112 - ווי אזוי טרייסט מען זיך נאך די הסתלקות פונעם וויזניצער רבי זצ"ל? און ווי אזוי רעדט מען צו קינדער וועגן שטארבן?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע חיזוק וואס איך באקום פון אייך סיי פון די בריוו און סיי פון די שיעורים, איך מיט מיינע חברים זענען זיך זייער מחזק דערמיט.


היינט איז נסתלק געווארן מיין גרויסער הייליגער רבי, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זי"ע, און איך דארף חיזוק ווייטער אנצוגיין, איך שפיר זיך ממש פאר'יתומ'ט, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן? ווי אזוי פול איך אן דעם חלל וואס איז מיר געבליבן?


אויך האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'רעדט צו קליינע קינדער איבער שטארבן, מיינע קינדער פרעגן מיר וואס מיינט אז דער רבי איז נפטר געווארן, וואו טראגט מען דעם רבי'ן ביי לויה, אויך לעצטנס איז נפטר געווארן אונזער באבע, מיט וועמען די קינדער זענען געווען זייער נאנט, און כ'האב נישט געוואוסט ווי אזוי דאס מסביר זיין פאר זיי, זיי זענען 3 און 5 יאר אלט, פון ווען קען מען רעדן צו די קינדער וואס מיינט שטארבן? כ'וויל נישט זיי זאלן בלייבן מיט קאשמארן.


אויך קענט איר מיר אפשר שרייבן איבער די שייכות פון מיין רבי צו ברסלב, די שעות צעטלעך און זיין זאגן גמרא מאכט אים נאנט צו ברסלב, אויך האב איך געהערט נאכזאגן פון אייך אז אייער התקרבות צו מוהרא"ש איז געווען אמאל ביים וויזניצן רבינ'ס טיש, און אויך אז ער איז געשטאנען צו אייער זייט אז מ'זאל נישט ארויסקומען קעגן אייך ווען מ'האט געפירט א מחלוקת קעגן די ישיבה, אויב איר קענט מיר מער דערציילן דערוועגן.


יישר כח פאר אלעס.


חיים מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים מאיר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נָפְלָה עֲטֶרֶת רֹאשֵׁנוּ, אוֹי לָנוּ כִּי חָטָאנוּ; מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן ווען א צדיק גייט אוועק פון דער וועלט.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן פה): "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", אז א מענטש וויינט אויף אן ערליכער איד ווען ער גייט אוועק פון דער וועלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון דער וועלט מאכט מען זיך א חשבון הנפש, מען זעט וואס בלייבט פונעם מענטש - נאר תורה ותפילה, מצוות ומעשים טובים, דאס ברענגט אז מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, איך וויל אויך לערנען יעדן טאג תורה, איך וויל אויך אכטונג געבן מקיים צו זיין אלע מצוות"; דאס זאגט דער רבי: "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", דער וואס וויינט ווען אן ערליכער איד גייט אוועק פון דער וועלט; ער ווייינט אויף זיך, וואס וועט זיין מיט אונז? ווען וועלן מיר זיך שוין אויפהייבן פון אונזער בלאטע? ווען וועלן מיר שוין אפלאזן אלע נארישקייטן? דעמאלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף זיינע עבירות.


די רחמנות איז אויף אונז; אויף דעם צדיק איז נישט קיין רחמנות, ווייל ער גייט ארויף אויבן אין הימל און עס קומען אים אנקעגן אלע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיין תורה און תפילה אויף וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען אלע זיינע יארן, עס קומען אים אנקעגן אלע נשמות פון צדיקים, מען רופט אויס אין הימל: "מאכט פלאץ פאר די נשמה וואס האט כל ימיו געלערנט תורה, מאכט פלאץ פאר די נשמה וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער און האט אריין געברענגט תורה ביי אידישע קינדער, ער האט אריין געברענגט יראת שמים אין אידישע קינדער"; די רחמנות איז אויף אונז.


מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה ווי אזוי מיר קענען וויסן א סימן פון אן ערליכער איד, איך ברענג דיר אראפ דעם לשון: "נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא, אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק".


דער וויזניצער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט פארלאנגען פון יעדן חסיד - פון גרויס ביז קליין - מען זאל לערנען די הייליגע תורה; ער האט פארלאנגט א שעות צעטל און יעדער חסיד האט זיך געדארפט פארשרייבן יעדן טאג וויפיל שעה ער לערנט, אזוי פלעגט ער זיי מחזק זיין צו לערנען די תורה. ער האט נישט געמאכט קיין אונטערשייד צווישן עשירים און ארימעלייט; ער האט קיינעם נישט גע'חנפ'עט, נאר יעדער האט געדארפט לערנען.


בנוגע רעדן צו קינדער פון שטארבן וכו'; עס איז נישט כדאי צו רעדן אין שטוב פון יום המיתה און זיכער נישט מיט קינדער. זע אריין צו ברענגען א פרייליכקייט אין שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אֵין הַשְׁכִינָה שׁוֹרָה אֶלָּא מִתּוֹך שִׂמְחָה", דער אייבערשטער רוהט אין א פלאץ וואו מען פריידט זיך; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב און קינדער וועט זיין ביי דיר אין שטוב השראת השכינה און אז עס איז דא אין שטוב אן השראת השכינה איז שוין אלעס דא אין שטוב. אזוי אויך זאלסטו רעדן מיט זיי וואס א צדיק איז; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, דאס וועט אריין ברענגען אין זיי א חשק צו וועלן ווערן א צדיק.


עס איז באוואוסט דער סיפור פונעם הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו אז ער האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד. מען הייבט אן טראכטן: "איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד", "איך וויל אויך זיין א צדיק", מען הייבט אן זינגען: "אוי טאטע, אוי פאטער - איך וויל זיין אן ערליכער איד"; "אוי טאטע, אוי פאטער - איך וויל זיין א גרויסער צדיק".


איך פלעג גיין זייער אסאך צום טיש פרייטאג צו נאכטס אלץ בחור און אויך אלץ אינגערמאן, אזוי אויך פלעג איך מיטהאלטן ביים מוצאי תשעה באב טיש דעם סיום הש"ס. אויך ווען מיין זיידע דער קארלסבורגער רב שליט"א פלעגט גיין באזוכן דעם וויזניצער רבי זי"ע פלעג איך שטענדיג מיט גיין.


ווען איך האב געעפענט די ישיבה איז אויף מיר אריבער גרויסע מחלוקת; מען האט געמאכט הפגנות און פארשפרייט כתבי פלסתר, מען האט איינגעגעבן מסירות וכו' וכו'. אזוי אויך איז מען דעמאלט ארום געגאנגען צו אלע רבנים אז מען זאל ארויס קומען מיט א קול קורא קעגן מיר; מען איז געזעצן טעג און וואכן ביים וויזניצער רבי, מען האט אים געמוטשעט ער זאל אונטער שרייבן קעגן די ישיבה, אבער געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן (עס איז דא אסאך צו פארציילן, אבער אין כאן המקום להאריך).


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין דבוק אין אמת'ע צדיקים און גיין אין זייערע וועגן, ביז משיח וועט קומען און אונז אויסלייזן פון גלות, אמן.

#111 - מיר האבן נישט פארשעמט דעם רבי'ן. און אפשר געבט איר אויך ענגליש שיעורים?
חסידות ברסלב, צדיקים, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, איך לערן אין די ... סקול אין בארא פארק, איך מיט מיינע חבר'טעס הערן אויס די חיזוק יומי און די שיעורים, און דאס איז ממש אונזער לעבן. כאטש וואס מיר לערנען אין ... סקול, און רוב פון אונזערע עלטערן זענען ... חסידים, זענט איר אבער אונזער אמת'ער מנהיג און מורה דרך, אונזער אידישקייט קומט פון אייערע שיעורים.


מיר האבן א פראגראם אין סקול צו מאכן א פארשטעלונג פון יעדע לאנד, יעצט פאר פסח האט מען געדארפט מאכן פון די לאנד אוקריינע, און מיר האבן אויסגעקליבן צו מאכן וועגן ברסלב וואס געפונט זיך אוקריינע. עס איז גלייך אויפגעקומען אין געדאנק צו מאכן עפעס פון "נ נח", מיר האבן עס אבער אפגעווארפן, וויסנדיג ווי שטארק איר זענט קעגן דעם, ווי ווייט דאס פארשעמט ברסלב, וואס דאס איז אונזער גאנצע לעבן.


מיר האבן אויסגעקליבן צו מאכן א פארשטעלונג פון דעם ניגון הפצה וואס מ'האט לעצטנס געמאכט פון דעם א שיינעם קליפ, מיר האבן אנגעצינדען דעם קליפ, און מיר האבן אויפגעמאכט שיינע "מאשענס" צום ניגון, און ב"ה די פארשטעלונג איז געלונגען גאר שיין און יעדער האט זייער הנאה געהאט.


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען זאגן שיעורים אויך אין ענגליש, אזוי ווי טייל פון מיינע חבר'טעס פארשטייען בעסער ענגליש ווי אידיש, און זיי דארפן אויך האבן חיזוק.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר אונז, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט זיך אפגעהאלטן פון מאכן א פארשטעלונג פאר פורים ביי אייך אין סקול פון נ' נח', נאר אנשטאט דעם האט איר געמאכט א שפיל פון ברסלב ווי אזוי מען טיילט ספרים וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייערע דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק"; בפרט די נייע אנשיקעניש פון 'נ-נח', וואס זיי זענען מבזה דעם רבי'ן אין אלע גאסן. מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן.


מענטשן מיינען אז דאס איז א שפיל וכו', אבער דאס איז זייער א הארבע זאך און מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו גיין אנגעטון מיט בגדים וואס שטייען אויף דעם נ' נח' און נישט זינגען ניגונים פון נ' נח'.


דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק; זייער אסאך עלטערן ווערן ברוגז אויף זייערע קינדער ווען זיי געפונען אויס אז די קינדער נעמען חיזוק פון ברסלב, ווייל זיי מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון משוגעים.


בנוגע ענגלישע שיעורים; מיר איז נישט גרינג צו רעדן אויף ענגליש ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מען רעדט נאר אידיש. לעצטענס האב איך אנגעפאנגען געבן א שיעור יעדן טאג אין ישיבה אויף ענגליש פאר די בחורים וואס קענען נישט קיין אידיש, מען קען דאס הערן אויפן טעלעפאן ליין "קול ברסלב".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אלע זוכה זיין צו טרעפן שידוכים בקרוב בזכות וואס איר געבט אכטונג אויפן הייליגן רבי'ן אים נישט צו פארשעמען.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "הַמְבַזֶּה תַּלְמִיד-חָכָם, אֵין לוֹ רְפוּאָה לְמַכָּתוֹ", איינער וואס פארשעמט א תלמיד חכם איז נישט דא קיין רפואה פאר זיין עונש וואס ער גייט באקומען, איז דאך זיכער אז מדה טוב מרובה: "הַמְכַבֵּד צַדִּיקִים, אֵין מַחֲלָה שֶׁלֹא יִזְכֶּה עַל יְדֵי זֶה לִרְפוּאָה", איינער וואס איז מכבד צדיקים, ער געבט אכטונג מען זאל נישט פארשעמען צדיקי אמת, וועט ער זיכער ארויס גיין פון אלע קרענק, אמן.

#110 - פארוואס האט דער רבי געמאכט דעם ניגון "עוז והדר לבושה' ביי זיין טאכטער'ס חתונה?
חתונה, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מאך אי"ה חתונה א טאכטער אין עטליכע וואכן ארום, איך האב געהערט אז דער רבי האט געמאכט דעם ניגון אויף די ווערטער "עוז והדר לבושה" לכבוד זיין טאכטער'ס חתונה. האב געוואלט פרעגן וואס איז די טיפערע כוונה אונטער דעם, וואס קען איך ארויסנעמען פון דעם ניגון לכבוד מיין טאכטער'ס חתונה?


יישר כח פאר'ן נעמען די צייט צו ענטפערן.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם ניגון האט נישט דער רבי געמאכט; דער מעשה איז געווען ביי איינער פון אנשי שלומינו רבי מאיר לייב בלעכער זכרונו לברכה. ער איז געווען דער רבי פון ר' אברהם ב"ר נחמן, ער האט געלערנט מיט אים זייער אסאך גמרא רש"י און תוספות, זיי האבן דורכגעלערנט פילע מסכתות אין ש"ס.


ר' מאיר לייב איז געווען זייער א גרויסער ארימאן, איינמאל האט ער געהאלטן פאר די חתונה פון א טאכטער און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א קלייד פאר די כלה, ווען זיין טאכטער די כלה האט אים געבעטן: "טאטע, וואס וועט זיין מיט א קלייד?" האט ער איר געזינגען דעם באקאנטן ניגון אויפן פסוק (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן"; דעמאלט האט ער פארפאסט דעם ליד און פון אים איז דער ניגון געווארן באוואוסט צווישן אנשי שלומינו.


למעשה האט דער אייבערשטער געהאלפן אז ממש פאר די חתונה איז געשען א נס און ער האט געקענט קויפן קליידער וכו'.


ווען א מענטש ווייסט אז איין טאג וועט ער דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן דעמאלט כאפט ער אריין יעדן טאג גוטע זאכן; ער כאפט אריין זאכן וואס וועלן אים איבערבלייבן אויף יענע וועלט.


ווען א מענטש לעבט מיטן תכלית גייט אים נישט אן צי מען לאכט פון אים, ווייל ער ווייסט אז לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים סוף. ער קוקט נישט אויף מענטשן וואס מאכן אוועק דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ער קוקט אויף זיך. ער נעמט יעדן טאג א חומש, א משניות, א גמרא און לערנט די הייליגע תורה, ער קוקט נישט אויף גארנישט - צי ער פארשטייט יא צי ער פארשטייט נישט.


דערפאר זינגען די ברסלב'ער חסידים זייער אסאך דעם ניגון: "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן", מען חזר'ט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה נב, ג): "אֵימָתַי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת לְמִי שֶׁהוּא עָמֵל בָּהּ? לְיוֹם אַחֲרוֹן. הֱוֵי 'וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן'"; א מענטש וואס האט יעדן טאג געלערנט, ווען ער וועט אוועק גיין פון דער וועלט וועט ער לאכן פון אלעמען, די תורה וועט אים אנקעגן קומען ווי א שיינע קלייד.


אז דו שטייסט יעצט פארן חתונה מאכן דיין טאכטער זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק און דו זאלסט נישט אויפהערן בעטן אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך אידיש נחת פון אלע דיינע קינדער, אמן.

#109 - קענט איר מיר דערציילן אביסל איבער מוהרא"ש זי"ע?
חסידות ברסלב, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי עס דערנענטערט זיך דער גרויסער טאג, די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, האב איך געוואלט פרעגן אויב איר קענט מיר עפעס שרייבן עובדות והנהגות וואס איר האט געזען ביי מוהרא"ש במשך די יארן.


יישר כח,


נחמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד נחמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן פאר א צווייטן איד; עס איז אים געגאנגען אין לעבן אז נאך א איד זאל וויסן פונעם אייבערשטן, נאך א איד זאל וויסן אז ער האט נאך א תקנה. ווער רעדט נאך פון שלום בית; עס איז אים געגאנגען אין לעבן אז נאך א איד זאל האבן שלום בית. מוהרא"ש האט אלעס געלייגט אין דער זייט ווען עס איז געקומען צו העלפן א פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן.


ווען מען פלעגט פרעגן ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה ער זאל פארציילן א מופת פון ר' נתן, פלעגט ער זאגן: "א מופת בין איך" - פון "נחמן וואסער טרעגער" איז געווארן "ר' נחמן טולטשינער"; ווען ער איז געווען א אינגל איז ער געווארן א יתום לא עלינו און זיין פעטער האט אים מגדל געווען. איינמאל איז ר' נתן געקומען צו גאסט אין דעם שטאט טולטשין און ער איז איינגעשטאנען ביי דעם פעטער. ר' נחמן טולטשינער - נאך זייענדיג א יונגער בחור - האט געהערט ווי ר' נתן זאגט תורה, און אינמיטן די תורה האט ר' נתן געזאגט ווערטער וואס האט געכאפט זיין הארץ: "די וועלט איז נישט, און מען קען עס נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא און מען קען עס באקומען"; די ווערטער איז אים אריין אין הארץ און ער האט געמאכט א קשר מיט ר' נתן.


ווען ר' נתן האט געזען אז דער בחור נחמן האט אין זיך אסאך תמימות האט ער אים מקרב געווען און אים געזאגט ווי אזוי ער זאל לערנען וכו', ביז ער איז אויסגעוואקסן און געווארן ר' נחמן טולטשינער; פלעגט ער זאגן: "א מופת בין איך", אז פון "נחמן וואסער טרעגער" איז געווארן "ר' נחמן טולטשינער".


דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו איז אלץ אינגערמאן געפארן צו זיין הייליגער רבי דער גרויסער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו און דארט געלערנט פאר עטליכע יאר, ווען ער איז אהיים געקומען האט אים זיין שווער – וואס איז געווען א גרויסער מתנגד – געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט ביי דיין רבי'ן?" האט ער געזאגט: "איך האב געלערנט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט", האט דער שווער אים אויסגעלאכט און געזאגט: "ווער ווייסט דען נישט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, איך וועל אריין רופן די דינסט און איך וועל איר פרעגן צי זי ווייסט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, וועט זי אויך וויסן", אזוי האט ער געטון און די דינסט רופט זיך אן: "וואסערע פראגע איז דאס? אודאי איז דא א גאט אויף דער וועלט!"


פרעגט ער זיין איידעם: "פארוואס האסטו געדארפט אוועק פארן פון שטוב פאר אזא לאנגע צייט צו לערנען אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, קוק אויף די דינסט, זי ווייסט אויך אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, אן פארן צו א רבי?!" האט דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע געענטפערט פאר זיין שווער: "יא יא, זי זאגט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, אבער איך לעב מיט דעם".


אין דעם ווארט ליגט זייער אסאך; מענטשן פרעגן כסדר פארוואס מיר דארפן דעם הייליגן רבי'ן און ווען מיר ענטפערן אז מיר דארפן דעם רבי'ן ווייל ער ברענגט אין אונז אריין אמונה - אז מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און מיר זאלן אים אלעס בעטן, דרוקט מען זיך אויס מיט וואונדער: "ווער ווייסט דען נישט אז עס איז דא א באשעפער און מען קען אים אלעס בעטן?!" אבער דער  אמת איז אז "יעדער ווייסט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, אבער מיר לעבן מיטן אייבערשטן".


דאס איז וואס איך קען דיר דערציילן פון מוהרא"ש און דאס איז מוהרא"ש'ס מופת, אז ער האט גענומען פשוט'ע אידן און זיי געברענגט צום אייבערשטן. ווען איך קוק אויף מיר טראכט איך צו מיר 'דאס איז די גרעסטע מופת פון מוהרא"ש, אז ער האט אין מיר געקענט אריין לייגן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און איך זאל רעדן צום אייבערשטן'.


קוק וואס דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט): "וְעִקַּר הַחִדּוּשִׁים וְהַמּוֹפְתִים הַנּוֹרָאִים שֶׁרָאִינוּ מִמֶּנּוּ ז"ל, הוּא רַק בְּעִנְיַן הִתְקָרְבוּת יִשְׂרָאֵל לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", דער עיקר מופתים וואס מיר האבן געזען ביים הייליגן רבי'ן איז געווען נאר אינעם ענין פון מקרב זיין אידישע קינדער צום הייליגן באשעפער, "שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁנִּכְנַס אֶחָד אֶצְלוֹ וְרָצָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, תֵּכֶף נֶהְפַּךְ מִיָּד לְאִישׁ אַחֵר מַמָּשׁ", יעדעס מאל ווען איינער איז געקומען צום רבי'ן און ער האט געוואלט ווערן אן ערליכע איד, האט מען געזען ווי דער מענטש ווערט אן אנדערע מענטש אינגאנצן.


ווען איינער בעט מיר אז איך זאל אים דערציילן מופתים פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וכו', דערצייל איך וואס עס איז ביי מיר דער גרעסטער מופת און דאס גרעסטע צדקות, אז א מענטש זאל שטיין און רעדן מיט מענטשן איבער פופציג יאר, בשעת די אלע מענטשן וואס ער האט געהאלפן - רובם ככולם, זענען געווארן זיינע מתנגדים; אסאך מנהיגים - סיי אין ברסלב און סיי אין דער וועלט האבן גענומען חיזוק פון דעם צדיק און גערעדט האבן זיי אלע אויף אים מיט א גרינגשעצונג. און דער חידוש איז וַיִּפְנוּ מִשָּׁם הָאֲנָשִׁים - וַיֵּלְכוּ סְדֹמָה, וְמוהרא"ש עוֹדֶנּוּ עֹמֵד לִפְנֵי ה'... מוהרא"ש איז ווייטער געגאנגען אויף זיין וועג, ער האט ווייטער מגלה געווען פאר אלעמען דעם הייליגן רבינ'ס עצות, ווייטער געשריבן ספרים וואס זענען מחי' ומחזק די גאנצע וועלט בלי שום גוזמא.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עבודה זרה ח:) אז די רומים האבן געמאכט א גזירה אויף די אידן אז מען טאר נישט געבן קיין סמיכה פאר קיינעם און ווער עס וועט געבן סמיכה וועט מען אים הרג'נען, אזוי אויך וועט מען הרג'נען די גאנצע שטאט וואו מען האט געגעבן סמיכה וכו'. זאגן חז"ל: "בְּרַם זָכוּר אוֹתוֹ הָאִישׁ לַטּוֹב וְרַבִּי יְהוּדָה בֶּן בָּבָא שְׁמוֹ", מען דארף געדענקען דאס מסירת נפש פון דעם גרויסן צדיק רבי יהודה בן בבא, ווייל ווען נישט אים וואלט ווען פארגעסן געווארן געוויסע הלכות וכו'. וואס האט ער געטון? ער האט גענומען פינף תנאים און זיך באהאלטן מיט זיי צווישן צוויי בערג און זיי דארט געגעבן סמיכה. ווען ער האט געזען אז די רומים קומען האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אנטלויפט, אז איר זאלט בלייבן לעבן", האבן זיי אים געפרעגט: "רֶבִּי, וְאַתָּה מַה תְּהֵא עָלֶיך?" רבי, דו קענסט דאך נישט אנטלויפן – ווייל ער איז געווען א זקן – וואס וועט זיין מיט דיר? האט ער זיי געזאגט: "הֲרֵינִי מוּטָל לִפְנֵיהֶם כְּאֶבֶן שֶּׁאֵין לָהּ הוֹפְכִין", איך וועל דא בלייבן ליגן ווי א שטיין וואס האט נישט קיין שום הרגש, זאלן זיי מיר כאפן און הרג'נען כדי איר זאלט זיך קענען ראטעווען.


די תלמידים האבן זיך טאקע געראטעוועט און אים האט מען געכאפט. דערציילט די גמרא: "לֹא זָזוּ מִשָׁם עַד שֶׁנָּעֲצוּ לְגוּפוֹ ג' מֵאוֹת לוּלְנִיָּאוֹת שֶׁל בַּרְזֶל, וַעֲשָׂאוּהוּ לְגוּפוֹ כִּכְבָרָה", זיי האבן אים נישט אפגעלאזט ביז מען האט אין אים אריין געשטאכן דריי הונדערט מעסערס, ביז זיין הייליגע גוף איז געווארן געלעכערט ווי א זופ.


דאס איז א מופת, דאס א צדיק; ער איז גרייט מען זאל אים שטעכן מיט דריי הונדערט מעסערס אבי עס זאל נישט פארגעסן ווערן די תורה ביי אידישע קינדער. וויפיל מען רעדט אויף אים און וויפיל מען שפייט אויף אים, איז ער ביי זיך אזוי בטל, אז ער גייט ווייטער אן מיט זיין הייליגע ארבעט צו פארשפרייטן דעם אייבערשטן אויף דער וועלט.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב) אז א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו זיין אזוי ווי דער ערד; די ערד ווערט נישט ברוגז אויף מענטשן ווען מען טרעט אויף איר, מען שפייט אויף איר און מען ווארפט מיסט אויף איר וכו' וכו', די ערד געבט ווייטער ארויס אלע גוטע פרוכט און אלע מענטשליכע באדערפענישן. אזוי אויך דארף א מענטש זיין א גוטער און א געבער; אפילו מען שפייט אויף אים און אפילו מען רעדט אויף אים, זאל ער ווייטער זיין גוט צו יעדן איינעם. דאס איז אויפן שפיץ גאפל וואס איך קען דיר זאגן אז איך האב געזען ביי מוהרא"ש; ער איז געווען כְּאַסְקֻפָּה הַנִדְּרֶסֶת פאר אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נאך גיין זיינע וועגן, מיר זאלן פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימינו אמן.

#108 - מחלוקת אין ברסלב
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל האב איך זיך געוואלט באדאנקען אויף די הערליכע שיעורים וואס איז געווארן ביי מיר א דרך חיים.


איך וואלט געוואלט פרעגן וועגן א שווערע פראבלעם וואס איך גיי אריבער. איך קום פון א ברסלב'ע משפחה, און מיר פרובירן צו לעבן מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. דער פראבלעם איז אז אזוי ווי ביי אנדערע חסידות'ן איז אויך פארהאן מחלוקת אין ברסלב, נישט יעדער איז אייניג מיט אלע שיטות, און דאס ברענגט אז מ'זאל זיך ארומקריגן.


איך ווייס אז דער רבי האט געזאגט "רק החזיקו עצמכם" און דאן "תהיו אנשים כשרים", אויב וועלן די ברסלב'ע חסידים זיך האלטן צוזאמען מיט אחדות, דאן וועט מען זיין ערליכע אידן. איז ווי אזוי קען מען פירן מחלוקת און צעברעכן משפחות?


איך באלאנג צו איין קרייז אין ברסלב, און איך האב צוויי ברידער וועלכע זענען זייער קעגן יענעם קרייז און פירן א מחלוקת, איך בין זייער אנגעווייטאגט אויף זיי, ווייל איך ווייס אז זיי טוען עס נישט לשם שמים, און דעריבער וויל איך נישט גיין צו זייערע שמחות, און עס קומט אויס אז איך בין מצער מיינע עלטערן. די משפחה ווערט צעריסן און דאס איז זייער נישט גוט. ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין עס נישט צו נעמען שטארק צום הארצן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך אסאך כיתות; וויבאלד עס זענען דא אלע סארט מענטשן אויף דער וועלט, עס זענען דא לעבעדיגע מענטשן - זיי דארפן א וועג פאר זיך, עס זענען מער צובראכענע מענטשן וכו' - זיי דארפן א אנדערע וועג. עס זענען דא למדנים, און עס זענען דא מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין לערנען וכו'; מיט יעדן איינעם דארף מען רעדן אן אנדערע שפראך וכו', דערפאר האט דער רבי געזאגט: "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך אסאך גרופעס. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג צולייגן צו דעם שיחה פון רבי'ן: "דער רבי האט טאקע געזאגט 'איך וועל מאכן פון אייך כיתות כיתות', אבער דער רבי האט נישט געזאגט אז איין גרופע זאל רעדן אויפן צווייטן, און איינער זאל פיינט האבן דעם צווייטן".


דאס וואס מען זעט ליידער אז אין ברסלב קריגט מען זיך איינער מיטן צווייטן, אויף דעם ערשיינונג זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (סוטה מז:): "מִשֶּׁרַבּוּ תַּלְמִידֵי שַׁמַּאי וְהִלֵּל שֶׁא שִׁמְּשׁוּ כָּל צוֹרְכָן, רַבּוּ מַחְלוֹקֶת בְּיִשְׂרָאֵל, וְנַעֲשֵׂית תּוֹרָה כִּשְׁתֵּי תּוֹרוֹת", און אזוי איז אויך ביים רבי'ן; ווען א מענטש לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, זיין גאנצע קאפ איז נאר פארנומען ווי אזוי ער קען נאכאמאל איבער גיין דעם רבינ'ס ספרים, ער לערנט יעדן טאג ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, סיפורי מעשיות און ספר המידות, ער פאלגט דעם רבי'ן, ער איז זיך מתבודד מיטן אייבערשטן יעדן טאג; אזא איינער האט נישט מיט קיינעם קיין שייכות, עס אינטערעסירט אים נישט א צווייטן, אים אינטערעסירט נאר דעם אייבערשטן, ער זינגט צום אייבערשטן א גאנצן טאג; אזא איינער קריגט זיך נישט מיט קיינעם.


אבער וויבאלד עס ווערן מקורב צום רבי'ן תלמידים שלא שמשו כל צרכן, וואס דער גאנצער קאפ איז נאר ישות און גיאות, געלט און כבוד וכו' וכו', פון דעם נעמט זיך די אלע מחלוקת צווישן איין גרופע אינעם צווייטן; אנשטאט נעמען יעדע שיחה און יעדע תורה פון רבי'ן פאר זיך, און טראכטן: 'ווי אזוי קען איך מיר פארבעסערן, ווי אזוי קען איך זוכה זיין צוקומען צו דאס וואס דער רבי זאגט', איז מען פארנומען צו רודפ'ן ערליכע אידן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכא): אויפן פסוק (תהלים מ, ח-ט): "אָז אָמַרְתִּי הִנֵּה בָאתִי בִּמְגִלַּת סֵפֶר כָּתוּב עָלָי, לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ אֱלֹקַי חָפָצְתִּי", ווען א מענטש לערנט א ספר פון א צדיק, ער לערנט דאס אויף א וועג: "כָּתוּב עָלָי", אז דאס וואס שטייט אין דעם ספר מיינט אים, איז א סימן, אז: "לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ אֱלֹקַי חָפָצְתִּי", אז דער מענטש וויל זיין אן ערליכער איד.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא): אויפן פסוק (דניאל יב, ב): "וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", יעדעס מאל עס ווערט באוואוסט א נייע שכל - א נייע דרך אין עבודת השם, זענען דא צוויי סארט מענטשן, איינער איז זיך מחי' מיט יעדן דיבור, מיט יעדע טראפ שכל, ביי אזא מענטש איז - "אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם", ער שפירט ביי זיך אז ביז יעצט איז ער געווען ממש א מת, ער האט נישט געלעבט, ער איז געשלאפן א טיפע שלאף, און דער רבי האט אים אויפגעוועקט, ער הייבט אן לעבן; נאכדעם זענען דא וואס ניצן נישט די שכל און די לימודים פאר חיי עולם, נאר אויף חוזק צו מאכן פון יענעם, זיי זוכן ווי מען קען נאך איינעם אוועק מאכן – "וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", ווי זיי קענען יענעם וויי טון און יענעם אוועק מאכן.


דערפאר, אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן, דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל אייביג בלייבן מקושר צום רבי'ן, איך זאל אייביג האבן א געפיל אין רבי'ן, איך זאל געדענקען וואס דער רבי האט געטון מיט מיר. רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף קיינעם, איך זאל נאר זיין פארנומען מיט מיר, איך זאל פאלגן דעם רבי'ן. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז ווען איך לערן די תורות פון רבי'ן זאל איך עס נעמען פאר מיר, נישט אזוי ווי די וואס נעמען עס לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם אזוי ווי דער רבי זאגט – ווען א צדיק זאגט תורה, וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אלע איינגעשלאפענע מענטשן וועקן זיך אויף, אבער נישט אלע זענען גלייך, נאר אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם, וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם, דערפאר בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל נעמען דעם רבי'ן 'לְחַיֵּי עוֹלָם', איך זאל לעבן מיטן רבי'ן, איך זאל געדענקען אז איין טאג וועל איך איבערלאזן די וועלט, מען וועט מיר באגראבן אין בית החיים, איך וועל בלייבן דארט איינער אליין, איך וועל גארנישט מיט נעמען מיט מיר נאר דאס ביסל תורה תפילה ומעשים טובים".


געדענקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בְּמָקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דער שטן געפונט זיך דארט וואו מען קריגט זיך; דאס איז זיין זאך, ווי מען קען מאכן מחלוקת. דערפאר דארף מען אנטלויפן פון מחלוקת ווי פון פייער, בפרט ווען דער יצר הרע קומט מיט א שלייער פון לשם שמים, דאן איז דאס זייער מסוכן, ווייל אזוי כאפט ער אריין אפילו די ערליכע אידן; ער רעדט זיי איין אז עס איז א מצוה צו טשעפען א צווייטן, צו רודפ'ן א צווייטן.


דאס זאלט איר גוט וויסן, אויב איינער רעדט איין צו רודפ'ן יענעם, צו טשעפען א צווייטן, דארף מען פון אים אנטלויפן, ווייל דער איז דער שטן אליין. ווען דער שטן זעט אן ערליכע חבורה, אדער א ערליכע משפחה וואס פירן זיך בדרך התורה, זיי זענען ווייט פון עבירות, און ער פרובירט מיט אלע וועגן זיי צו בייקומען, אבער עס גייט אים נישט, דאן קומט ער צו זיי מיט א פרומע'ן שלייער; ער פלאקערט אויף א מחלוקת, וואס דאס איז דער ערגסטער זאך ביים אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס דאס גרויסקייט פון שלום (דרך ארץ זוטא, פרק השלום) און ווי דער אייבערשטער האט פיינט מחלוקת (דרך ארץ זוטא, פרק ט).


איר זאלט זען אז ביי אייך אין שטוב זאל מען זיך נישט קריגן, און איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז ביי אייך אין שטוב לעבט מען בשלום; דאס וואס איר שרייבט אז אייערע געשוויסטער זענען בעלי מחלוקת און מחרחרי ריב, זיי טוהן אלע שווארצע ארבעט וכו', און דערפאר האלט איר זיך אפ פון גיין צו משפחה שמחות און דאס טוט זייער וויי פאר אייערע עלטערן; איך האלט אז איר זאלט יא גיין צו די שמחות פון אייערע עלטערן, מיט דעם וועט איר מאכן פאר זיי א נחת רוח, און מיט אייערע געשוויסטער זאלט איר רעדן סתם זאכן, דרייט אייך ארויס פון רעדן איבער זאכן וואס איר האט דערין חלוקי דעות.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכב): "כִּי זֶה יָדוּעַ, שֶׁמִּדַּת הַנִּצָּחוֹן אֵינָהּ סוֹבֶלֶת הָאֱמֶת", דאס איז באוואוסט, אז ווען א מענטש וויל אויספירן, וועט ער קיינמאל נישט מודה זיין אויפן אמת, "כִּי אַף אִם יֵרָאֶה לָעֵינַיִם דְּבַר אֱמֶת, יִדְחֶה אוֹתוֹ מֵחֲמַת הַנִּצָּחוֹן", און אפילו מען וועט אים אויפווייזן בפירוש מיט קלארע באווייזן אז ער איז נישט גערעכט, וועט ער אויך נישט מודה זיין אויפן אמת, ווייל ער וויל אויספירן; איז דאך א שאד זיך צו טענה'ען און זיך קריגן מיט א צווייטן.


איך האף אז איר פארשטייט וואס איך שרייב אייך, און איר וועט זיין א מבין דבר מתוך דבר צו וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט די משפחה אן מחלוקת, אפילו איר האט חלוקי דעות צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#107 - וואס איז דער מנהג אין ברסלב וועגן ניטל?
חסידות ברסלב, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אז דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט א שיעור גמרא דעם מוצאי שבת, איך האב מיך אביסל געוואונדערט ווייל אין די וועלט האט מען נישט געלערנט די וואך מוצ"ש וועגן ניטל, האב איך געוואלט פרעגן דער ראש ישיבה וואס איז דער מנהג אין ברסלב לגבי ניטל.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס!


יעקב משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין ברסלב האט מען נישט געמאכט קיין עסק פון ניטל; מוהרא"ש האט געהערט פון הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדר זכרונו לברכה, אז אנשי שלומינו פלעגן זיך לייגן שלאפן יעדע נאכט גלייך נאך מעריב, ממילא איז בכלל נישט געווען די גאנצע שאלה פון לערנען ניטל נאכט, ווייל פון מעריב ביז חצות איז מען סיי ווי געשלאפן.


מוהרא"ש זאגט אז די גאנצע מקור פון ניטל קומט פון תשובת רש"י הקדוש (עיין בספר מטעמים, מערכת אות הנ', ערך ניטל, אות א); ווייל אמאליגע צייטן פלעגן זיך די גוים צוזאמקומען אין דעם יום הולדת פונעם אותו האיש ימח שמו, זיי פלעגן זיך אנ'שיכור'ן יענע נאכט און זיין זייער צעווילדעוועט וכו'; אויפן וועג אהיים, זייענדיג אנגעטרינקען און צולאזט פלעגן זיי שלאגן יעדן איד וואס זיי האבן אנגעטראפן דעמאלט אויפן גאס. דערפאר האט מען געמאכט א גזירה אז אין דעם נאכט טאר מען נישט לערנען תורה וכו', אז די תורה זאל נישט גיין צו די סטרא אחרא וכו'. אבער דער עיקר כוונה פון דעם איז געווען פשוט אז מענטשן זאלן נישט געשעדיגט ווערן פון די ווילדע גוים וואס פלעגן אהיים קומען אנגעהיצט פון די גלחים וכו', פון דעם קומט דער מקור אז מען לערנט נישט ניטל נאכט.


פון דעם איז געווארן אז אפילו היינטיגע צייטן וואס דער טעם גייט שוין נישט אן, האבן מענטשן מורא צו לערנען ניטל.


מוהרא"ש זאגט, אז וויבאלד ביים רבי'ן רעדט מען זייער אסאך פון אמונה, אז דער אייבערשטער איז איבעראל, און עס איז גארנישט דא אויסערן אייבערשטן, דערפאר האט מען נישט געמאכט קיין עסק פון דעם גאנצן דמיון פון אותו האיש וכו'; ווייל אז א מענטש לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און עס איז גארנישט דא אויסערן אייבערשטן, דער אייבערשטער איז "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", דעמאלט ווערט מקוים דער פסוק (תהילים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", ממילא דארף מען נישט מורא האבן פון די אלע זאכן, ווייל אלעס איז בטל ומבוטל.


אבער אז איינער האט יא מורא צו לערנען תורה אין די נאכט פון ניטל, זאל ער גיין שלאפן גלייך ווען עס ווערט נאכט, און אויפשטיין פרי לערנען, אזוי וועט ער יוצא זיין אלע מנהגים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#106 - עס איז דא אסאך מחלוקת אין די שול וואו איך דאווען
חסידות ברסלב, מחלוקת, בית המדרש

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב ר' יואל שליט"א,


איך דאווען אין א געוויסע ברסלב'ע בית המדרש, אבער עס שטערט מיך זייער שטארק אז מען האלט זיך אין איין קריגן דארט, ממש אויף שטותים, עס איז ממש א ווייטאג און א בזיון פאר'ן רבי'נס נאמען.


אין אנהויב האב איך געטראכט אז איך וועל זיצן אין מיין ווינקל און לערנען און דאווענען אבער עס איז כמעט נישט מעגליך נישט צו ווערן מיטגעשלעפט. זאל איך אוועקגיין דאווענען? איך ווייס נישט וואס צו טון.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                             יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א וויכטיגע זאך אז מען זאל האבן איין שול וואו מען דאווענט, און נישט בייטן און ארום לויפן יעדע שטיק צייט צו א צווייטע שול.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווער עס איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; זעט מען דאס גרויסקייט פון דאווענען אין א באשטימטע פלאץ.


לכאורה, דארפן מיר פארשטיין וואס די גמרא זאגט דא; אז א מענטש איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען קומט אים שוין אזעלכע טיטלען: "עניו", "חסיד", "מתלמידיו של אברהם אבינו", וואס האט ער שוין געטון אז מען געבט אים אזעלכע טיטלען?! ווען איך פלעג לערנען די גמרא איז דאס מיר זייער שווער געווען, ביז איך האב געטראפן א בריוו פון מוהרא"ש וואו מוהרא"ש איז זייער שיין מסביר די גמרא (אשר בנחל, מכתב יט אלף, קפה); אז געווענליך אין א שול קען זיך מאכן וויכוחים און אומבאקוועמליכקייטן, בפרט ביי חסידים וכו'; ממילא, אויב א מענטש איז זיך קובע א בית מדרש וואו ער דאווענט, און ער גייט נישט אוועק פון דארט, ער בלייבט דארט דאווענען אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם, אפילו מען טענה'ט זיך וכו', דאס איז א סימן אז דער מענטש איז א "עניו" און א "חסיד", אזא מענטש איז "מתלמידיו של אברהם אבינו", ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו, וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט, און נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול, און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין שול, איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


דו זאלסט קיינמאל נישט האבן א חלק אין קיין שום מחלוקת, בפרט אין מחלוקת וואס איז לשם שמים, ווייל דאס איז זייער א מסוכנ'דיגע זאך.


וואס זאל איך דיר זאגן, איינער וואס לעבט מיט אביסל ישוב הדעת, דער לעבט מיט תכלית; ער ווייסט ביי זיך 'נאך אביסל וועל איך אוועק גיין מזה העולם, מען וועט מיר אויסטון מיינע קליידער און מיך אריין לייגן אין דער ערד; קיינער וועט נישט טראכטן מער פון מיר, קיינער וועט נישט זארגן פאר מיר, פארוואס זאל איך זיין פארנומען מיט מחלוקת און קריגערייען, וואס וועל איך האבן פון דעם?' אזא איינער קריגט זיך נישט מיט קיינעם, ער לעבט בשלום מיט אלעמען.


מוהרא"ש, ווען ער פלעגט וועלן געבן א משל אז מען זאל אנטלויפן פון מחלוקת, פלעגט ער שטענדיג נעמען אלץ משל איינער וואס ליגט אין שפיטאל קראנקערהייט, פאר א מענטש וואס געפונט זיך אין אזא מצב לא עלינו וועט נישט אינטערעסירן קיין שום מחלוקת און קיין שום פאליטיק, מוהרא"ש פלעגט זאגן: פראבירט צו צו גיין צו איינעם וואס ליגט טויט קראנק, זאג אים אריין אין אויער "דו ווייסט, דער און דער איז א שגץ"; "דו ווייסט וואס טוט זיך דארט ביי דעם רבי'ן... אויף טיש און אויף בענק", וואס וועט דער חולה זאגן? "איך בעט דיר, לאז מיר אפ; איך גיי שוין שטארבן. וואס ווילסטו פון מיר? קוק מיר אן, קוים וואס איך אטעם, קוים וואס איך לעב, וואס גייט מיר אן וואס מען רעדט אויף א צווייטן?"


די אלע וואס שטייען אין שפיץ און פירן אן מחלוקת זענען פוסטע לייט; קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין עא:): ווען צוויי מענטשן קריגן זיך, און איינער פון זיי שווייגט, זאלסטו וויסן אז דער איז א גרעסערער מיוחס, און פארקערט אויך, ווער עס קריגט זיך מיט יעדן איינעם, דער איז נישט בסדר; אפילו ער זעט אויס ווי א צדיק, איז ער א משוגע'נער צדיק - ווי דער רבי רופט אזא איינעם (ספורי מעשיות, מעשה ג - מחיגר); דער רבי פארציילט דארט, אז ווען די גזלנים זענען אנגעקומען צו דעם פלאץ וואו דער חיגר האט אויסגעשפרייט די שטויב, האבן זיי אנגעהויבן שרייען אויף זייערע טעג און יארן, זיי האבן תשובה געטון; אבער וויבאלד עס איז געווען דארט אויסגעמישט פון די שטויב פון משוגעים, זענען זיי געווארן "משוגע'נע צדיקים"; זיי האבן זיך אנגעהויבן צו קריגן איינער מיטן צווייטן. דער האט געשריגן: "איבער דיר האבן מיר געטוהן די אלע עבירות", און דער האט געשריגן: "איבער דיר וכו'", ביז זיי האבן זיך אויסגע'הרג'ט איינער דעם צווייטן. קוק נאך די מעשה.


דערפאר זאלסטו ווייטער דאווענען אין דיין ווינקל, און זיי זיך נישט מבלבל פון א צווייטן; דו קוק נאר אויף דיר און אויף דיינע קינדער, דאן וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

#105 - קען מען טרעפן אן ענטפער אויף אלע שאלות אין "אשר בנחל"?
חסידות ברסלב, אשר בנחל

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב ס'איז אמת אז מוהרא"ש האט געזאגט אז איינער וואס האט סיי וועלכע שאלה אין לעבן, זאל ער עפענען דעם ספר הקדוש "אשר בנחל", און ער וועט טרעפן אן ענטפער.


א גרויסן יישר כח פאר די אלע שאלות ותשובות וואס העלפן מיר ארויס גאר אסאך.


נחמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד נחמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אונז געשיקט דעם הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחיה ומחזק מיט זיינע ספרים; יעדער איד אין יעדע מצב קען טרעפן חיזוק און עצות אין דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, דער רבי בלאזט אריין אין אונז א פרישע גייסט אז מיר זאלן נאכאמאל אנהייבן פון דאסניי צו דינען דעם אייבערשטן, אפילו מיר זעהן אז עס איז כמעט נישט מעגליך. דער רבי געבט אונז די עצות וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'", יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן אלעס וואס ער דארף; און יעדער וועט זען דעם אייבערשטן, אזוי עס שטייט (ישעיהו נב, ח): "כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן"; דאס טוט דער רבי מיט אונז יעצט, דער רבי לערנט אונז אויס אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און אים פארציילן יעדע זאך וואס מיר דארפן.


דער אייבערשטער האט אונז געשיקט אין אונזער דור מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפגעברענגט אויף א גרינגע פשוט'ע שפראך, אז יעדער איינער זאל זיך קענען באניצן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צג): "עס איז דא אמאל א גרויסע ליכט וואס שיינט זייער שטארק, אבער פשוט'ע מענטשן האבן נישט קיין השגה אין דעם ליכטיקייט, דארף מען האבן א גרויסע מענטש זאל נעמען די ליכט און דאס צעטיילן אויף קליינע ליכט, אז אפילו פשוט'ע מענטשן זאלן אויך האבן השגה אין דעם, עיין שם; דאס האט מוהרא"ש געטון, ער האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס איבערגעשריבן אויף א שפראך וואס מיר פשוט'ע מענטשן פארשטייען.


פון שנת תשכ"ד ביז תשע"ה האט מוהרא"ש געשריבן בריוו פאר אידישע קינדער; מוהרא"ש האט געשריבן א חשבון פון זיבעציג טויזענט בריוו. בריוון וואס זענען מחזק יעדן איינעם אין יעדן מצב וואס ער איז.


איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן דורך דעם ספר "אשר בנחל" חלק כז; דאס האט געביטן מיין לעבן, דאס האט אריין געבלאזן אין מיר א רוח חיים, און עד היום נעם איך מיין גאנצע התחזקות פון אשר בנחל, יעדע מאל איך לערן דעם ספר פרישט עס מיך אויף צו דינען דעם אייבערשטן און זיך דערהאלטן.


מוהרא"ש האט געזאגט: "ווער עס האט א פראבלעם אין לעבן, זאל עפענען זיין ספר אשר בנחל, וועט ער טרעפן אן עצה אויף זיין פראבלעם", מוהרא"ש האט געזאגט אז מען זאל דאס פרובירן, מען זאל עפענען אן אשר בנחל וועט מען טרעפן אן עצה אויף יעדע פראבלעם, דאס איז בדוק ומנוסה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות דעת, סימן יד): "כְּשֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵידַע אֵיךְ לְהִתְנַהֵג בְּאֵיזֶה דָּבָר, יִפְתַּח סֵפֶר וְיָבִין אֵיךְ לְהִתְנַהֵג", ווען א מענטש וויל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאל ער עפענען א ספר וועט ער פארשטיין ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן אז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן; מיר זאלן לעבן מיטן תכלית, אז איין טאג וועלן מיר אלעס איבערלאזן, און עס וועט פון אונז גארנישט איבערבלייבן, נאר דאס ביסל תורה תפילה ומעשים טובים וואס מיר האבן אריינגעכאפט.


מוהרא"ש פלעגט חזר'ן כסדר דאס וואס חז"ל זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן און אים דערציילן יעדע זאך, וועט אים דאס באגלייטן אויף אייביג; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דאס גע'חזר'ט זיין גאנצע לעבן, און דאס שטייט אין אלע זיינע הייליגע ספרים; אז א מענטש זאל וויסן אז ער האט נישט קיינעם אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן! און ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען נענטער צו אים, און דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


ווען מוהרא"ש האט געכאפט די הארץ אטאקע לא עלינו, איז ער געזיצן אונטן ביי זיך אין צימער, עס איז געווען שפעט ביינאכט, מוהרא"ש האט געשפירט ווי ער קען נישט אטאמען (אזוי ווי מען שפירט ווען מען כאפט אן הארץ אטאקע); מוהרא"ש האט דערציילט שפעטער ביים שיעור: "איך האט נישט געוואוסט וואס צו טון, איך האב זייער מורא געהאט אז איך וועל שטארבן אין מיין צימער און קיינער וועט נישט וויסן וכו', אבער איין זאך האב איך געהאט – תפילה! איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך זאל נאך קענען ארויף גיין אין שטוב, אז מען זאל זען ווי איך ווער נפטר, און איך זאל נישט בלייבן דא איינגעשפארט אליין, דעמאלט האב איך געזען - האט מוהרא"ש געזאגט - פשט אין דעם חז"ל: 'לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ', אז נאר דאס נעמט א מענטש מיט לבית עולמו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - וואו שטייט די מעשה מיט'ן ארימאן וואס האט פארלוירן דעם דיימאנד?
התחזקות, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אמאל געהערט א שיעור פון אייך איבער א מעשה פון אן ארימאן וואס האט געפונען א דיימאנט און האט עס פארלוירן אויפ'ן שיף, און איך האב געהאט דערפון שטארקע חיזוק.


למעשה האב געזוכט די מעשה אין סיפורי מעשיות און אין נאך פלעצער, אבער איך האב דאס נישט געקענט געפינען. אפשר וואלט איר מיר געקענט אנווייזן דעם מראה מקום וואו די מעשה ווערט געברענגט?


א גרויסער דאנק פאר אייך פאר די אלע שיעורים, מען קריגט פון דעם א נייע לעבן.


זלמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט פונעם ארעמאן וואס האט פארלוירן דעם דיימאנט שטיין, ווערט אראפ געברענגט אין ספר כוכבי אור; דארט וועסטו טרעפן זייער שיינע מעשיות פון הייליגן רבי'ן וואס ר' אברהם ב"ר נחמן זכרונו לברכה האט צוזאמגענומען, די מעשיות האט ער געהערט פון זיין טאטן ר' נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה. איך וועל דיר שרייבן די מעשה אז דו זאלסט זען ווי שיין דער סוף איז אויב מען דערהאלט זיך.


דער רבי האט דערציילט (ספר כוכבי אור סיפורים נפלאים, ב): עס איז געווען אן ארעמאן וואס האט זיך מפרנס געווען פון פארקויפן ערד צו מאכן דערפון ליים, ער פלעגט אויפזוכן די ספעציעלע זאמד וואס מען מאכט פון דעם ליים, און ער פלעגט דאס פארקויפן.


איינמאל בשעת'ן גראבן האט ער געטראפן זייער א טייערע שטיין, ער האט געוואלט פארקויפן דעם שטיין, האבן אים די צירונג סוחרים געזאגט אז דאס איז ווערד אזוי סאך געלט, אז עס איז נישט דא אין די גאנצע מדינה איינער וואס זאל האבן דאס געלט צו קענען באצאלן פאר אזא טייערע דיימאנט שטיין, נאר אין לאנדאן אינעם עיר המלוכה וועט מען קענען אפקויפן פון אים דער שטיין.


וויבאלד ער איז געווען זייער ארעם, ער האט נישט געהאט קיין געלט צו פארן קיין לאנדאן, האט ער פארקויפט אלעס וואס ער האט פארמאגט, ביז ער האט צוזאמגעקליבן אביסל געלט, און ער האט מיט די געלט געדינגען א פערד און וואגן וואס זאל אים פירן צום ים פּארט.


ווען ער איז אנגעקומען צום פּארט האט ער שוין נישט געהאט קיין געלט פאר א טיקעט, און ווען ער האט געוואלט ארויפגיין אויפן שיף וואס פארט קיין לאנדאן האט מען אים נישט ארויפגעלאזט, ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט. האט ער געבעטן מען זאל אים צולאזן צום שיפס קאפיטאן, ער האט געוויזן דעם דיימאנט שטיין פארן שיפס קאפיטאן, און ער האט אים געזאגט אז ער איז גאר א גרויסער ביזנעס מאן און ער האנדלט מיטן קעניג. גלייך האט אים דער שיפס קאפיטאן ארויפגעלאזט אויפן שיף און ער האט געהייסן די משרתים מען זאל אים געבן דעם שענסטן צימער, און אים מכבד זיין מיט גרויס כבוד.


דער איד פלעגט זיך שפילן מיטן דיימאנט שטיין בשעת ער האט געגעסן, דאס פלעגט אים מאכן אפעטיטליך, ביז איינמאל האט ער איינגעדרימלט אינמיטן עסן, און ער האט נישט באמערקט ווי דער משרת רוימט אפ דעם טיש מיטן דיימאנט אינאיינעם, און אלעס אריין געווארפן אין וואסער. דער איד וועקט זיך אויף און זעט אז ער האט אלעס פארלוירן... ער איז געווארן זייער צעבראכן, ער איז שיעור נישט אראפ פון זינען, ער האט געטראכט צו זיך: 'יעצט ווען דער שיפס קאפיטאן וועט זיך דערוויסן אז איך האב גארנישט, וועט ער מיר אריין ווארפן אין וואסער, וואס קען איך דא טון?' האט ער אפגעמאכט ביי זיך אז ער וועט זיך מאכן פרייליך, ער וועט זיך מאכן כאילו ער איז רייך, און ער האט נאך אלץ ביי זיך דעם דיימאנט שטיין.


דער שיפס קאפיטאן פלעגט אלץ אריין קומען צו אים אין צימער שמועסן מיט אים, און דער איד האט זיך ווייטער געמאכט פרייליך פונקט אזוי ווי פריער; איין טאג זאגט אים דער שיפס קאפיטאן: "איך זע אז דו ביסט א קלוגער מענטש, וויל איך דיר פארטרויען מיט א גרויסן סוד, איך האב דא אינעם שיף אסאך סחורה וואס איך קען נישט אריין ברענגען אין לאנדאן, ווייל מען איז מיר חושד אז איך גנב'ע דאס, איך וועל עס איבערשרייבן אויף דיין נאמען און מיר וועלן זיך שפעטער פאררעכענען". אזוי האבן זיי געטון; נאכן אנקומען קיין לאנדאן האט דער שיפס קאפיטאן געכאפט א הארץ אטאקע, און דער איד איז געבליבן מיט אלע פארמעגנס וואס ער האט אים איבערגעשריבן און ער איז געווארן א גרויסער עושר.


דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה מיט די ווערטער: "די דיימאנט שטיין איז נישט געווען דעם איד'ס, והא ראי' ער האט דאס פארלוירן; די סחורה פונעם שיף האט געהערט פארן איד והא ראי' ער האט דאס באקומען; און ווי אזוי איז ער געווארן אזוי רייך? נאר ווייל ער האט זיך דערהאלטן".


דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל, ווייל יעדער איינער האט אן אנדערע נמשל, און אפילו ביים מענטש אליינס טוישט זיך דער נמשל יעדע שטיק צייט; איינער פארלירט זיין געלט, איינער פארלירט א שידוך, איינער פארלירט קינדער, דארף מען געדענקען וואס דער איד האט געטון ווען ער האט פארלוירן דעם דיימאנט שטיין, ער האט זיך געמאכט פרייליך, ער האט ווייטער געשפילט עושר, ער האט ווייטער גערעדט מיטן שיפס קאפיטאן כאילו מען מיינט נישט אים, דערפאר האט ער זוכה געווען צו ווערן רייך וכו'.


די גאנצע ברסלב'ער חסידות באשטייט פון איין ווארט: "התחזקות!" א מענטש זאל זיך דערהאלטן אפילו עס גייט אויף אים אריבער שווערע ביטערע צרות. דאס לערענט אונז דער רבי, מיר זאלן זיך "דערהאלטן" אפילו מען האט גארנישט, אפילו מען איז אזוי ווי דער איד אויפן שיף אן קיין איין פרוטה, אן גארנישט, יעדע רגע קען מען אים אריין ווארפן אין וואסער וכו', דאך איז ער געזיצן און געשמועסט מיטן קאפיטאן אזוי ווי ער איז א גרויסער עושר און האט געשעפטן מיטן קעניג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - סדר דרך הלימוד, חינוך הבנות, לימוד ספרי רבינו, שיעורים בארץ ישראל
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, לעצטנס בין איך זיך זייער מחזק מיט אייערע געוואלדיגע שיעורים, איך הער אויס יעדן טאג עטליכע שעה פון די דרשות, און איך וויל אייך דאנקען פון טיפן הארצן פאר אלעס וואס איר העלפט מיר אזוי שטארק ארויס, און איך בין זיכער אז נאך פילע אידן ווערן געהאלפן און מחוזק פון די דרשות און שיעורים.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן:


א. אזוי בין איך בין א כולל אינגערמאן, און איך לערן צוויי סדרים אין כולל במשך דעם טאג, וויל איך וויסן אויס דער "סדר דרך הלימוד" פון רבי'ן איז אויך נוגע פאר מיר, אדער איז דאס נאר פאר מענטשן וואס לערנען נישט א גאנצן טאג.


ב. עס איז מיר לעצטנס געבוירן געווארן מיין ערשטע מיידל למזל טוב, וויל איך וויסן ווען עס הויבט זיך אן די חינוך ביי מיידלעך, און ווי אזוי איז מען זיי מחנך, לויט די השקפה פון רבי'ן און פון מוהרא"ש.


ג. אזוי ווי איך האב אנגעהויבן מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, וויל איך וויסן וועלכער ספר פון רבי'ן זאל איך קודם לערנען.


ד. רצונינו לראות את מלכינו, ס'איז דא דא אין ארץ ישראל הונדערטער און טויזנטער אידן וועלכע ווארטן בכליון עינים אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל דא קומען געבן שיעורים און זיי מחזק זיין. איך בעט אייך בכל לשון של בקשה אז איר זאלט קומען אביסל דא קיין ארץ ישראל צו מחזק זיין די אידן פון דא.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


פנחס מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד פנחס מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זיין אן ערליכער איד. נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, מיט תכלית. דער רבי געבט אונז א וועג ווי מיר קענען זוכה זיין דורכדעם צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (עיין שיחות הר"ן סימן עו).


דער דרך הלימוד פון רבי'ן איז א דבר השוה לכולם; סיי פאר א גוטע קאפ, און סיי פאר א שוואכע קאפ. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן מו): "איך קען ווייזן פארן גרעסטן למדן אז ער פארשטייט גארנישט, און איך קען ווייזן פארן שוואכסטן קאפ אז ער קען יא לערנען".


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו); אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך בשעת מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען. זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'. אבער אז מען געוואוינט זיך צו, צו לערנען שנעלערהייט, וועט מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, מען וועט קענען דורך לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, זוהר הקדוש וכו'.


דאס וואס דו פרעגסט צי דער סדר דרך הלימוד איז אויך פאר כולל אינגעלייט אדער נאר פאר שוואכע בחורים; דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן איז פאר יעדן איינעם, אדרבה! דער למדן און דער מתמיד, ווען זיי נעמען דעם רבינ'ס וועג פון לערנען, קענען זיי אנקומען צו גאר גרויסע זאכן. וואס זאל איך דיר זאגן, די אלע וואס האבן גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות, זיי האבן אנגעפאנגען צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, האבן זייער שיין מצליח געווען.


דאס וואס דו פרעגסט פון ווען עס הייבט זיך אן חינוך וכו'; מוהרא"ש זאגט: "חינוך הייבט זיך אן נאך פאר די קינדער ווערן געבוירן". קינדער וואס זעען ווי די עלטערן פירן זיך אויף ערליך, איידל וכו' וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן. א טאטע וואס גייט יעדן טאג אין שול דריי מאל א טאג, זעען דאס די קינדער, און זיי וועלן דאס נאכמאכן. אבער א טאטע וואס דאווענט נישט, אדער ער טוט א טובה ער שטעלט זיך אין שטוב ביים וואנט און מורמעלט אפאר ווערטער וכו' וכו', אן די בגדים וכו', וועלן די קינדער נישט גיין דאווענען; מען געבט זיך איין דריי און די קינדער זענען גרויס, דעמאלט קען מען נישט אנכאפן א קינד און אים שלעפן ביים אויער און שרייען: 'גיי דאווענען!' נאר אז א קינד זעט ווי דער טאטע האט א געפיל צום דאווענען, ער קומט אין שול און דאוונט, ער רעדט נישט ביים דאווענען, אזא קינד וועט אויך דאווענען. אבער אז דער קינד זעט ווי דאס גאנצע דאווענען איז א ליצנות ביי זיין טאטע, וועט ער אויך נישט דאווענען.


בנוגע וואסערע ספרים דו זאלסט אנהייבן לערנען; מאך זיך א שיעור אין שיחות הר"ן, און אין חיי מוהר"ן, דאס איז גרינגער צו פארשטיין.


דאס וואס דו פרעגסט ווען איך קום אויף ארץ ישראל וכו'; עס איז זייער שווער פאר מיר איבער צו לאזן די ישיבה, ביי מיר איז דאס די חשוב'סטע זאך - זיצן מיט בחורים און זיי מחזק זיין. קיינער פארשטייט נישט קיין בחורים, קיינער ווייסט נישט זייער צעבראכענע הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין ערליך און עס גייט זיי אזוי שווער.


איך האף אם ירצה ה' בקרוב צו קומען אויף א צוויי דריי טעג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - איבער הרה"צ רבי אשר פריינד ז"ל
חסידות ברסלב, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב רבי יואל ראטה שליט"א,


גמר חתימה טובה, שנת חיים ואושר, הצלחה מרובה בפעילתכם החשובה לטובת הבחורי חמד ולטובת כלל ישראל.


כמשפיע רוחני בטח ידוע לכם שהמון אנשים גם כאלה ששייכים לחוגים אחרים ושותים בצמא את דברי רבותיהם שליט''א, מקשיבים בהנאה לרעיונכם והגיגים הברוכים ע"י קליפים וכו' ונהנים מזה בדברי חיזוק עצה ותושיה, ובטח פועל הרבה אצלם, כידוע שהדיבור פועל הרבה בקדושה, וזכות הרבים תלוי בו, כן יוסיף ה' לתת ברכה בפרי עמלכם לקרב את בני עם ה' החביבים לו כ''כ אליו, זה בכה וזה בכה.


בכ"ז אבקש להביא לתשומת לבכם על שגגה שיצא מפי השליט, כשדיבר על צדיק מו"ר רבי אשר פריינד זיע"א בחוסר זהירות מספיקה, כידוע רבי אשר עבר המון רדיפות והשפלות והתנגדות מצד אנשים שהיה קשה להם לשמוע את האמת של הדבר ה', ובחר בחותמו של הקב"ה שזה אמת ולא להתבייש מאף אחד חוץ מהקב"ה, ולא חס על כבודו בכלל, היות שהוא חי באין מוחלט.


כמשפיע חשוב לציבור רחב שמכל הדרשות יוצא כבוד ליראי ה' ולחושבי שמו, בבחינת חבר אני לכל אשר יראוך בטח לא התכוונתם לפגוע, בכבוד של האי צדיק, רק לחזק את הרעיון שרבינו נחמן מברסלב זיע"א אהב גם את הפחותים. בכל זאת זה פגע קשות ברגשות אנשים הקשורים אליו ושומעים ומתחזקים מדברי חיזוק שלכם, כאילו מדובר נעלב וכו' עזב, רבי אשר לא עזב אפי' להרף עין את הרבוש"ע והיה קשור לצדיקיו האמתיים בקשר של קיימא, ולן בעמקו של שדות, וביטול הישות, בבחינת לית מגרמיה כלום.


החותם בהוקרה והערכה דושה"ט כה"י מנחם יוחנן פעיה"ק ירושלים


נ. ב. על דמותו הק' של רבי אשר יש המון לדבר, ומהנהגותיו יש הרבה ללמוד, אבל באתי בקיצור האומר, דהרי חזקה על חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן, ולתקן ולשפר ניתן תמיד, דמי שאינו עושה אין לו מה לתקן ולשפר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם יוחנן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז באוואוסט אז הרב החסיד ר' אשר זכר צדיק לברכה איז געווען שטארק מקושר צום הייליגן רבי'ן, ער האט אסאך גענומען פון רבי'ן וכו', בפרט דער ענין פון התבודדות וואס ער פלעגט אריין לייגן אין זיינע מענטשן. אבער אזוי ווי עס פעלט נישט קיין עזות פנימ'ער בכלל, און בפרט אין ברסלב אליין זענען דא אסאך עזות פנימ'ער, הפקר מענטשן - דאס איז גורם אז מענטשן זאלן מרוחק ווערן פון הייליגן רבי'ן, און אז מענטשן זאלן מורא האבן פון ברסלב. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייערע דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק; בפרט די נייע אנשיקעניש פון נ, נח, וואס זיי זענען מבזה דעם רבי'ן, ווייל מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב, און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן. אבער באמת דארף מען זייער אכטונג געבן אויף דעם, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק זאל אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק.


דאס איז געווען די סיבה פארוואס הרב החסיד רבי אשר זצ"ל איז אוועק געגאנגען פון ברסלב, ווייל איינער פון די זקנים האבן געשריגן אויף אים מיט חוצפה און זלזול: "ר' אשר, דער רבי קען אייך נישט ליידן".


אין אומאן איז געווען א איד פון אנשי שלומינו מיטן נאמען משה וועלוול, עס איז ארויס אויף אים א שלעכטע נאמען אז ער טוט שמוץ, און ווען ער איז געקומען צום רבינ'ס ציון אויף ראש השנה האט דער טשערינער רב זכרונו לברכה געשריגן אויף אים: "משה וועלוול, דו ביסט אונז א בזיון, ווער בעט דיר זאלסט קומען דא?" און אנשי שלומינו האבן געהאט טענות אויפן טשערינער רב: "וואס הייסט דו שרייסט אויף אים, ווער בעט דיר צו קומען דא? ער איז נישט געקומען צו דיר, ער איז געקומען צום רבי'ן". וואס זאלן מיר טון אז עד היום ליידן מיר פון די מענטשן.


וואס מיינסטו, וואס איז דאס התנגדות פון סקווירא אויף ברסלב, ווער איז שולדיג אין די גאנצע התנגדות? שולדיג אין דעם זענען די עזות פנימ'ער פון ברסלב. דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו האט זייער געהאלטן פון רבי'ן, אזוי ווי עס באוואוסט דעם סיפור ביי אנשי שלומינו. א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו, ער האט זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל יעדע נאכט בעוון קרי רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז דער הייליגער מגיד זאל אים געבן אן עצה, האט אים דער מגיד געגעבן א עצה, למעשה איז ער צוריק געקומען נאך אפאר טעג אז די עצה העלפט נישט, האט ער אים געגעבן אן אנדערע עצה, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט, ער ווערט נכשל במקרה לילה רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט דארפן צוריקקומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויס געברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר די גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה".


ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן די גאנצע התנגדות? שולדיג זענען די עזות פנימ'ער פון ברסלב; אין בארדיטשוב האבן געוואוינט אסאך ברסלב'ער חסידים, און ווען מען פארט פון בארדטישוב קיין אומאן פארט מען אריבער סקווירא. ווען זיי פלעגן פארן צום רבינ'ס ציון קיין אומאן, זענען זיי איינגעשטאנען ביי דעם גרויסן צדיק הרב הקדוש רבי דוד'ל מסקווירא זכותו יגן עלינו, ער האט זיי זייער מכבד געווען, ער פלעגט זיי אריין נעמען מיט גרויס ליבשאפט. מוהרא"ש האט דערציילט אז ער האט נאך געהערט פון אן אלטן ברסלב'ער איד פאר זעכציג יאר צוריק וואס ער איז געפארן מיט א גרופע ברסלב'ער אידן קיין אומאן, ווען זיי זענען דורך געפארן די שטאט סקווירא האט דער גרויסער צדיק רבי דוד מסקווירא זכותו יגן עלינו זיי אויפגענומען מיט גרויס ליבשאפט, ער האט געהייסן זיינע חסידים זיי זאלן ברענגען עסן בריווח און אנגרייטן פאר זיי וואו צו שלאפן.


זענען געווען עזות פנימ'ער וואס פלעגן רעדן צום סקווירא'ער רבי מיט חוצפה, זיי פלעגן אים רופן ביים נאמען וכו', אזוי ווי מען רופט א חבר: "... ברענג נאך זופ", "...  ברענג נאך פלייש"; דער פריערדיגער סקווירא'ער רבי זכרונו לברכה איז געווען זייער נזהר אין כיבוד אב, ער האט דאס נישט געקענט צוזען, ער האט נישט געקענט צוהערן ווי מען רעדט צו זיין גרויסע טאטע מיט זלזול, והוה מה דהוה.


דאס זעלבע איז געווען אין ר' נתנ'ס צייטן, ווען ער איז אריבער די שרעקליכע מחלוקות וכו'; ווער איז שולדיג אין דעם? אויך איינער א לץ וואס פלעגט זיך דרייען אינעם ברסלב'ער קלויז. עס איז געווען איין יאר וואס עס איז נישט געווען צו באקומען קיין אתרוגים אין גאנץ אקריינא, די סאווראנע חסידים האבן פארשאפט אן אתרוג פאר זייער א רבי פאר אסאך געלט, און זיי האבן עס געשיקט מיט א שליח קיין סאווראן. אויפן וועג איז דער שליח מיד געווארן, האט ער זיך אראפ געלייגט שלאפן; דער אתרוג איז געווען איינגעפאקט זייער טייער, אין א טייערע האלטער, א גוי איז פונקט אריבער דארט וואו דער שליח איז געשלאפן, און ער האט געזען דעם טייערן שאכטל. האט ער געטראכט צו זיך: 'מן הסתם ליגט דא א טייערע דיימאנט', ווען ער האט דאס געעפענט האט ער געזען א פרי וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזען, ער איז געווארן זייער צעמישט: 'פארוואס פאקט מען אן א פרי אין א טייערע האלטער?' האט ער געטראכט צו זיך: 'מן הסתם איז דאס זייער א גוטע פרי, פארדעם האט מען דאס אזוי טייער איינגעפאקט', ער האט געוואלט פארזוכן פון די טייערן פרי, האט ער אראפגעביסן דעם עק פונעם אתרוג, אבער זעענדיג ווי ביטער דאס איז, האט ער אויסגעשפיגן דעם פיטום און צוריק איינגעפאקט דעם אתרוג שטילערהייט אז דער מענטש זאל זיך נישט דערוועקן און באמערקן וואס ער האט דא געטון. למעשה האט דער שליח געברענגט דעם אתרוג צום רבי'ן פון סאווראן, עס איז געווארן א טומל דארט אין שטוב, זיי האבן אזוי לאנג געווארט ווען וועט שוין אנקומען דעם טייערן אתרוג, למעשה איז אנגעקומען א אתרוג אן א פיטום... אלע חסידים זענען געווען זייער טרויעריג אז דער רבי האט נישט קיין אתרוג אויף יום טוב.


עס איז געווען א לץ וואס האט זיך געדרייט אין ברסלב, ער האט זיך געשטעלט ביים פענסטער פון ברסלב'ער בית המדרש ערב יום טוב סוכות, בשעת מען האט געדאווענט מנחה און געזאגט די קרבנות און "פיטום הקטורת"; יעדעס מאל ער האט געזען ווי סאווראנע חסידים גיין אריבער, האט ער געשריגן "פיטום הַק..." "פיטום הַק..."  ער האט נישט געזאגט הקטורת נאר "הַק..." - דער פיטום פונעם אתרוג איז אפגעהאקט. פאר די סאווראנע חסידים האט דאס זייער געבאדערט, האבן זיי פארשטאנען אז די ברסלב'ער האבן דאס אונטער געשטעלט, זיי האבן אראפגעבראכן דעם פיטום פון זייער רבינ'ס אתרוג, והבערה ללהב יצאת, והוה מה דהוה.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש, און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש - זאגט דער רבי, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויג נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז, מענטשן מיינען אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער. דאס מאכט אז יעדער קלוגער טאטע און מאמע זאלן נישט מסכים זיין אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון משוגעים אדער אויף א פלאץ פון עזות פנימ'ער, וואס באמת האט דאס נישט צוטון מיט ברסלב ווייל איבעראל איז דא עזות פנימ'ער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - דארף מען דאווענען שטייט אדער שנעל?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א הארציגן ישר כח פאר די חיזוק בריוון איר זענט ממש מחיה נפשות, זאל אייך השם יתברך געבן געזונט און לעבן צו קענען ממשיך זיין מקרב צו זיין נפשות צום אייבערשטן, וואס עס איז נישטא קיין גרעסערע זכות פון דעם. אשריכם.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה, איך בין לעצטנס געווען אין איינע פון די בתי מדרשים אויף שבת און מען האט אזוי שנעל געכיפערט דאס דאווענען ממש ווי איינער דארף כאפן א טרעין, איך האב קוים געקענט ארויס זאגן די ווערטער (ס'איז געווען שבת, און איך בין זיכער אז קיינער דארף נישט כאפן דארט קיין טרעין...).


איך האב אויך נישט ליב ווען מען ציט אויס סתם ווערטער, אבער אזוי צו כיפערן נאך דערצו אויף שבת קודש? איך האב באמת נישט געוואוסט וואס צו טראכטן, צי איך בין משוגע, צי זיי זענען משוגע. וואו יאגט מען זיך? האב איך געוואלט וויסן וואס איז דעם ראש הישיבה'ס אויסקוק דערויף?


צום באמערקן אין סידור עת רצון פון מוהרא"ש זי"ע האב איך געזען ביים סוף פון די הקדמה ווי ער שרייבט אז "דער סידור איז נישט געשריבן געווארן פאר הָרָצִים בַּסּוּסִים רֹכְבֵי הָרֶכֶשׁ הָאֲחַשְׁתְּרָנִים בְּנֵי הָרַמָּכִים, פאר די וואס כיפערן דעם דאווענען" וכו', עיין שם.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט וואו דו האסט געדאווענט און פון וועלכע שול דו רעדסט; אין היכל הקודש האט מוהרא"ש זכרונו לברכה אוועקגעשטעלט ווי לאנג עס זאל נעמען דאס דאווענען. שבת אינדערפרי דארף נעמען דאס דאווענען נישט מער ווי צוויי שעה; אודאי אז מען קומט אין שול ביי ברוך שאמר אדער ביי נשמת קען מען זיך נישט מיט כאפן, עס זעט אויס ווי דו שרייבסט (אסתר ח, יד): "הָרָצִים רֹכְבֵי הָרֶכֶשׁ הָאֲחַשְׁתְּרָנִים, יָצְאוּ מְבֹהָלִים וּדְחוּפִים", מען דאווענט שנעל און מען כאפט אפ דעם דאווענען, אבער אז מען קומט צייטליך אין שול, מען הייבט אן דאס דאווענען מיטן בעל תפילה פון אנהייב, דעמאלט איז זייער געשמאק צו דאווענען, דאס דאווענען האט א טעם ווי זיסע וואסער, מען איז זיך מחי' מיט יעדעס ווארט.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו שלעפן ביים דאווענען; אין שלחן ערוך שטייט (אורח חיים, סימן נג, סעיף יא): אויב דער בעל תפילה דאווענט שטייט ווייל ער וויל מכבד זיין דעם אייבערשטן מיט זיין קול - איז זייער גרויס זיין שכר, אבער אויב ער טוט דאס סתם צו ווייזן זיין שיינע קול, איז עס א גרויסע עבירה. ווייל מיט דעם וואס מען ציט אויס דאס דאווענען קומען נישט מענטשן אין שול.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם בברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", קען נישט דאווענען. ער שפירט א ביטערע טעם אין דאווענען; דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון "מַיִּין מְרִירִין" - ביטערע וואסער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שמות טו, כג): "וְלא יָכְלוּ לִשְׁתּוֹת מַיִם מִמָּרָה, כִּי מָרִים הֵם", די אידן האבן נישט געקענט טרינקען דאס וואסער ווייל עס איז געווען ביטער; בפשטות מיינט דער פסוק צו זאגן אז מען האט נישט געקענט טרינקען די וואסער ווייל עס איז געווען ביטער, מוהרא"ש זאגט: כִּי מָרִים הֵם, "זיי" זענען געווען ביטער, זיי האבן נישט געקענט טרינקען די וואסער ווייל "זיי" זענען געווען ביטער, דאס וואסער איז געווארן ביטער ביי זיי אין מויל. אז מען קוקט א גאנצע וואך שמוציגע קליפס, מען ליגט אין ניאוף, אין ביטערע מעשים, איז קיין שום וואונדער נישט אז ווען עס קומט צום דאווענען דאווענט מען נישט, מען קומט שפעט און מען דאווענט נישט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען זייער קעגן שלעפן דאס דאווענען; אפילו ראש השנה ווען מען איז ממליך דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט, דער אנהייב פונעם יאר, האט מוהרא"ש אויך אוועק געשטעלט ווי לאנג עס זאל נעמען דאס דאווענען - פון אכט אזייגער ביז צוויי אזייגער.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געבעטן צו דאווענען תפילת שחרית ראש השנה, פון שנת תשע"ב לפ"ק. מענטשן זענען געווען ברוגז אויף מיר אז איך דאווען שנעל, "וואו איז דא צו לויפן" - האבן זיי מיר פארגעהאלטן. איך האב אבער נאר געטון וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט; מוהרא"ש האט מיר שטענדיג געוויזן מיט די הענט שנעלער, שנעלער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#100 - איך וויל ברסלב, און מיין ווייב איז נישט מסכים
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך שטארק מחזק מיט'ן הייליגן רבינ'ס ספרים. איך האב געוואלט פרעגן אזא שאלה: מיין ווייב איז זייער קעגן ברסלב, זי האלט נישט אויס ווען איך רעד פונעם הייליגן רבי'ן, אבער איך פיל אז איך קען נישט אנגיין אן דעם, און איך וויל אריינלייגן אזא חינוך אין מיינע קינדער, וואס דארף איך טון?


א גרויסן יישר כח.


משה יחזקאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ל' כסליו, א' דר"ח טבת, ו' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה יחזקאל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב איז טאקע אזוי ווי דו שרייבסט, אז דו ביסט זיך מחיה מיט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים; וויל איך דיר פרעגן, צי דו ביסט אויך מקיים וואס דער רבי האט געזאגט. ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות "שלום בית"; דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם". דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, און צער לידה וכו'.


אז דו האסט הנאה פון רבינ'ס ספרים ווייסטו מן הסתם זיכער די מעשה וואס האט פאסירט ביים רבי'ן מיט איינע פון די תלמידים וואס האט זיך געקריגט מיט זיין ווייב; אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "ווי וואגט זיך צו קומען צו מיין טיש איינער וואס האט נישט קיין ריינע מחשבות", און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט בלייבן זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן וויינען, און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען די תורה. וואס איז געווען די מעשה מיט דעם אינגערמאן? מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן, און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש, אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית, ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, מען ווערט אויס מענטש, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין א טיפע גרוב.


וואס דארפסטו רעדן צו איר פון רבי'ן, פארוואס דארפסטו זיך קריגן מיט איר? דו לערן דעם רבינ'ס ספרים פאר דיר, זיי זיך מחזק מיטן רבינ'ס עצות, און זיי מקיים וואס דער רבי זאגט. נעם די חיזוק מיט די שכל פון רבי'ן און ניץ דאס סיי פאר דיין ווייב, און סיי פאר דיינע קינדער.


וואס איז "ברסלב" אז דיין ווייב וויל דאס נישט? ליידער האבן זיך אנגעקלעבט צום רבי'ן מענטשן וואס פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן מורא האבן פון 'ברסלב'. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע):  "עס זענען דא מענטשן, וואס דורך זייערע מעשים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן נישט מקורב ווערן צום צדיק"; בפרט דאס משוגעת פון נ' נח' - דאס איז ליידער גורם אז מענטשן זאלן אנטלויפן פון ברסלב. ווען מען זאל ווען אריין קוקן פון דער נאנט  וואס ברסלב איז, וואלט יעדער נארמאלער מענטש געוואלט אז זיינע קינדער זאלן לערנען די ספרים, יעדע פרוי וואלט געוואלט אז איר מאן זאל פאלגן דעם ברסלב'ער רבי, אפשר פירסטו זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, מיינט זי אז דו ביסט ברסלב, ממילא וויל זי נישט אז דו זאלסט האבן שייכות מיט זיי.


פאלג מיר, מאך נישט קיין מחלוקת, זוך נישט וואו דו קענסט איר אויפרעגן; דו לערן ווייטער דעם רבינ'ס ספרים און פאלג דעם רבי'ן. זע צו האבן שיעורים בכל התורה כולה; לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, הייב אן פון אנהייב וואך, יעדן טאג זאלסטו זאגן צוויי מאל די חומש און איין מאל דעם תרגום - זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי, און אזוי ווייטער ביז סוף וואך וועסטו ענדיגן די גאנצע פרשה.


עס איז ידוע דעם סיפור ביי סאטמארער חסידים, אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער - דער 'עצי חיים' און דער בעל 'דברי יואל' זכותם יגן עלינו, ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, צו גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו, ער האט זיי געבענטשט און געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י); איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס זיי האבן נישט געוואוסט וואו דער אייבערשטער וואוינט, ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


אזוי אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג אסאך משניות; א פרק משניות נעמט נישט מער ווי צוויי דריי מינוט, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לּוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דארף נאר לערנען – זאגן די ווערטער, מען וועט שוין סיי ווי פארשטיין; אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה אז דער קאפ עפענט זיך אויף, במשך הזמן הייבט מען אן צו פארשטיין. איך האב דאס געזען ביי אסאך בחורים און אינגעלייט וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות.


אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט נישט זוכן אויסצופירן וכו', וועסטו זען אז דיין ווייב וועט דיר נאך טרייבן צום רבי'ן, דיין ווייב וועט דיר זאגן: 'איך וויל דו זאלסט גיין דאווענען מיט ברסלב'ער אידן, איך וויל דו זאלסט גיין צו שיעורים וואס מען לערנט פאר פון רבי'ן', נאר איין זאך בעט איך דיר: "קריג דיך נישט מיט איר, זוך איר נישט צו מחנך זיין, זוך איר נישט צו מקרב זיין צום רבי'ן, געב איר וואס זי דארף וכו', וועט זיך אלעס איבער דרייען ביי דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#99 - וואס איז די ריכטיגע וועג צו גיין הפצה?
חסידות ברסלב, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס טייל פון מיין הכרת הטוב צום ראש ישיבה שליט"א, פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה האט געטון פאר מיר, גיי איך ב"ה יעדן טאג הפצה.


דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט אז איך זאל נישט סתם אזוי געבן קונטרסים אדער סידי'ס, ובפרט פאר קינדער, נאר זיי זאלן קודם פרעגן רשות פון די עלטערן. למעשה גייט אויף דעם וועג זייער ווייניג ספרים און קונטרסים, און אויך זענען די עלטערן זייער אסאך מאל פארנומען און אנגעצויגן, און זיי האבן נישט קיין צייט צו ענטפערן געהעריג, און ס'נעמט אוועק אסאך צייט צו ווארטן אויף דעם ענטפער.


איז מיין שאלה צי איך זאל ווייטער אריינשיקן יעדעס מאל פרעגן און ווארטן, אדער זאל איך געבן און גיין ווייטער.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח.


שלום

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, ט' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלום נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט עוסק אין הפצה, דו גייסט ארום אין הייזער פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים. ווער עס קוקט נאר אריין אין דעם הייליגן רבינ'ס ספרים ווערט נתעורר לתשובה, דער רבי איז מחזק א מענטש אין יעדע מצב וואו מען געפונט זיך נאר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות אויבן אין הימל; ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א איד וואס ברענגט צוריק פארבלאנזשעטע נשמות צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכ"ח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא, קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא, דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי, ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי, און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי, קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ, ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן".


ווער עס טוט פאר אידישע קינדער, ער ברענגט צוריק נשמות ישראל צום אייבערשטן, דער קען ארויף גיין אין הימל בעטן וואס ער וויל און זיינע ברכות ווערן מקוים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא פה.) אויפן פסוק (ירמיהו טו, יט): וְאִם תּוֹצִיא יָקָר מִזּוֹלֵל - כְּפִי תִהְיֶה, "כָּל הַמְלַמֵד אֶת בֶּן עַם הָאָרֶץ תּוֹרָה, אֲפִילוּ הַקָבָּ"ה גוֹזֵר גְזֵירָה מְבַטְּלָהּ בִּשְׁבִילוֹ", אפילו דער אייבערשטער אליין האט געמאכט א גזירה איז עס דער אייבערשטער מבטל צוליב דעם מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


ווען מען גייט "הפצה" ביי די הייזער, די קינדער קומען צו גיין מיט געלט, קען מען נישט סתם איבער געבן א ספר אדער א קונטרס פאר דעם קינד. עס קען זיין אז די עלטערן ווילן נישט דעם ספר, זיי וועלן דאס צערייסן און אוועק ווארפן אין מיסט, נאר מען דארף זאגן פארן קינד: "פרעג דיין טאטע צי ענק דארפן די מתנה", דעם ספר אדער דעם קונטרס, מען ווארט ווי לאנג דער קינד קומט צוריק. אויב די עלטערן ווילן נישט דעם ספר, וועט דער קינד צוריק ברענגען דעם ספר, אזוי וועט דער ספר נישט אנקומען אין מיסט.


דאס וואס דו שרייבסט אז עס נעמט מער צייט וכו'; וויסן זאלסטו, ווען מען גייט הפצה דארף מען טראכטן: 'דער רבי האט מיר געראטעוועט מיין לעבן, זייט איך לערן זיינע ספרים האב איך א לעבן, איך האב שלום בית, איך טו תשובה וכו' וכו', גיי איך יעצט ראטעווען נאך א לעבן', אויב מען גייט מיט דעם מחשבה, צו העלפן נאך א איד, צו מחזק זיין נאך א צעבראכענע נשמה, קוקט מען שוין נישט אויף גארנישט.


ווען מען גייט ארום ביי הייזער פארשפרייטן די ספרים, טאר מען נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מענטשן נעמען נישט די ספרים, נישט יעדער מוז נעמען די ספרים. מען דארף זיין גרייט ארום צו גיין א גאנצן טאג ביי די הייזער און הערן ביי יעדן הויז: "מיר דארפן נישט די ספרים", אדער: "מיר זענען מחוזק", "מיר האבן א שיינע לעבן", און בלויז אנטרעפן איין שטוב וואס וועט זיך מחי' זיין מיט דעם ספר. מיט דעם קונטרס וואס מען האט זיי מזכה געווען, דארף מען זיין זייער פרייליך אז מען האט מחי' געווען א מענטש.


איינער פון די מפיצים האט מיר היינט דערציילט א מעשה וואס האט פאסירט מיט אים. ער איז געווען אין א גרויסע עסן געשעפט אין בארא פארק, ער איז צוגעגאנגען צו א פרוי פרעגנדיג: "אפשר ווילט איר א שיינע ספר", צו זיין וואונדער זעט ער ווי די פרוי פלאצט אויס אין א געוויין, קודם האט ער געטראכט 'אפשר האב איך איר באליידיגט?' 'אפשר האב איך איר וויי געטון?' ער זעט ווי א צווייטע פרוי כאפט אן די פרוי וואס וויינט און זיי גייען זיך ווייטער אויף זייער וועג. דער מפיץ איז געווען אביסל צעמישט, זיך וואונדערנדיג 'וואס גייט דא פאר?' אבער ער איז דאך א מפיץ, א מפיץ קען נישט ווערן צעפאלן, א מפיץ איז ווי א גענעראל, ער דארף אנגיין. ער איז ווייטער געגאנגען הפצה.


שפעטער ווען ער איז ארויס פון געשעפט הערט ער א קאר פייפן, מען ווינקט אים ער זאל קומען, ער גייט אהין, זעט ער ווי די פרוי וואס האט פריער געוויינט אין געשעפט זיצט אין די קאר, די פרוי אנטשולדיגט זיך פאר אים, זי זאגט אים די ווערטער: "דו וואונדערסט זיך פארוואס איך האב אויסגעפלאצט אין א געוויין; דאס איז ווייל היינט איז די שלושים פון מיין מאמע עליה השלום, זי האט זיך געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה פאר צוואנציג יאר", זי ווייזט אים א קונטרס וואס איר מאמע האט געהאט פאר צוואנציג יאר, יעדן טאג האט זי געליינט דעם קונטרס, דער קונטרס האט איר מחי' געווען אין אירע שווערסטע מצבים, "יעצט ווען איך האב דיר געפונען מיט די קונטרסים בין איך געווארן זייער איבערגענומען, איך האב זיך דערמאנט פון אלע שווערע יארן פון מיין מאמע, האב איך אויסגעפלאצט אין א געוויין", זי האט גענומען פון אים קונטרסים און געגעבן שיין צדקה.


דער מפיץ זאגט מיר, מער חיזוק פון דעם האט ער שוין נישט געדארפט, ווייל מען זעט וואס הפצה איז; פאר צוואנציג יאר צוריק איז איינער געגאנגען "הפצה" און געגעבן פאר די פרוי א קונטרס, דער מיפץ האט מחי' געווען א פרוי פאר צוואנציג יאר, צוואנציג יאר האט א פרוי געלעבט מיט דעם קונטרס, וואס קען זיין מער פון דעם, ווי מען איז מחזק א איד, מען געבט ממש לעבן פאר א איד. דערפאר פארשטיי איך נישט פארוואס דו ביסט אזוי צעבראכן, דו דארפסט טאנצן פאר שמחה אז דו האסט די זכיה צו קענען העלפן אידישע קינדער, זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן און זיי פרייליך מאכן.


מען קען נישט געבן ספרים פאר קינדער ביי די טיר און אוועק גיין, בשום אין פנים ואופן, נאר ווען א קינד קומט צום טיר געבט מען א ספר און מען זאגט זיי: "פרעג דיין מאמע צי זי דארף דאס", מען ווארט ביים טיר צו זען צו זיי דארפן נאך ספרים אדער זיי ווילן אנדערע סארט קונטרסים, צי זיי דארפן עס בכלל נישט. די אלע וואס גייען הפצה און לייגן סתם ארום ספרים און קונטרסים אין שולן אין כוללים אויף די טישן, זיי טוהן גארנישט אויף, זיי מאכן נאר ביליג די ספרים וכו'. א ספר געבט מען נאר מיד ליד, אויך נאר ווען יענער דארף דאס, סתם אראפ לייגן ביי די טירן און אנטלויפן דאס איז נישט הפצה, דאס איז סתם בזיונות פאר די ספרים. אויב דו קענסט נישט גיין אזוי "הפצה", טו מיר א טובה און גיי נישט. איך ארבעט ביטער שווער אראפ צו נעמען דעם שלעכטן נאמען וואס מען האט ארויף געלייגט אויף די ספרים און אויף די קונטרסים. א מפיץ טראגט א גרויסער אחריות, ווי אזוי ער פירט זיך אזוי קוקט יענער אן גאנץ ברסלב.


אויך זאלסטו וויסן אז מען געבט נישט קיין ספרים, קונטרסים, סידי'ס - בחינם, יענער מוז געבן געלט פאר דעם (חוץ אז יענער בעט זיך ממש ביי דיר, ער זאגט איך דארף עס פאר מיין לעבן, וואס זאל איך טון אז איך האב נישט אויף מיר קיין געלט וכו'). איך האף אז דו וועסט ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז צו גיין בייטאג אין די געשעפטן און כוללים, און ביינאכט אין די הייזער, מזכה זיין אידישע קינדער מיט די עצות פון רבי'ן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז מיר זוכן אריין צו כאפן מענטשן, מיר זוכן צו פארכאפן מענטשן פון זייער חסידות זיי זאלן ווערן ברסלב'ער, דערפאר קען מען טרעפן מענטשן וואס שרייען מיאוס'ע ווערטער אויף די ברסלב'ער, מען רופט אונז 'די כאפערס' וכו'. אבער באמת זוכט נישט ברסלב צו כאפן מענטשן, דער רבי וויל איין זאך: "יעדער מענטש, וואו ער געפינט זיך, אין וועלכע חסידות ער געהערט, זאל ער דארט רעדן צום אייבערשטן". דער רבי טוט וואס משיח צדקינו וועט טון, משיח צדקינו וועט אויס לערנען פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, מען זאל רעדן צום אייבערשטן, דעמאלט וועט מקוים ווערן וכל בני בשר יקראו בשמך.


אז דו וועסט גיין הפצה טראכטנדיג: 'איך וויל העלפן נאך א איד', 'איך וויל נאך א פאר-פאלק זאלן זיך פארטראגן', דעמאלט וועסטו שוין נישט קוקן וויפיל ספרים עס איז געגאנגען אדער ווי לאנג עס נעמט, דו וועסט זיך פרייען אז דו האסט געראטעוועט אפילו נאר איין איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#98 - האט דער רבי טאקע געשריבן אלע ספרים? אויך קעגן דעם מורה נבוכים?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אלעמאל געהאט א געפיל צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים, איך געדענק אפילו ווען אלס בחור האב איך געהאט חברים וואס פלעגן מיר אנשרייען אז מען טאר עס נישט לערנען, ווען איך האב זיי געוויזן אז אין ויואל משה ווערט געברענגט א מימרא פון רבי'ן, האבן זיי מודה געווען אז ליקוטי מוהר"ן מעג מען לערנען אבער אלע אנדערע ספרים נישט, ווייל דער רבי האט עס קיינמאל נישט געשריבן אדער געזאגט.


למעשה ווייס איך אז זיי זענען נישט גערעכט, אבער עס איז מיר געבליבן א קליינע פראצענט אז אפשר יש דברים בגו. איך האב אלעמאל אוועקגעשטיפט די ספיקות.


לעצטנס האב איך געלערענט א שטיקל חיי מוהר"ן ווי דער רבי שרייבט זייער שארף אקעגן ספרי חקירות, און עס זעט חס ושלום אויס ווי א פגיעה אינעם הייליגן רמב"ם, דער רבי זאגט דארט שעיות בזה עוותים שאין כמותם, דבריו הם נגד התורה, אוי לעינים שכך רואות וכו'. ווען איך האב דאס געלערנט, איז מיר צוריק געקומען די ספיקות אז אפשר האט טאקע דער רבי נישט געזאגט די אלע זאכן. איך ווייס אז אלעס וואס די רבי האט געזאגט איז זיכער קודש, אבער ווי קען זיין אז די רבי האט געזאגט אזוינס אויפ'ן הייליגן רמב"ם? עס עגבערט מיר שוין אפאר וואכן די קשיא, און עס מאכט מיר טראכטן אז אפשר איז עס טאקע נישט פון רבי'ן.


איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר קענען אביסל אויסקלארן.


א יישר כח.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ראש חודש כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז איבערגעלאזט פינף ספרים: ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המידות און סיפורי מעשיות; אלע תורות און שמועסן וואס מיר האבן פון רבי'ן האט ר' נתן געשריבן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מען דארף דאנקען ר' נתן, ווייל אן אים וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטל שמות", דערפאר איז זייער נאריש צו הערן וואס מענטשן זאגן, ליקוטי מוהר"ן יא, אנדערע ספרים נישט, ווייל אלעס האט דער זעלבער תלמיד געשריבן.


די אלע וואס זאגן נאך בשם דעם רבי'ן זכותו יגן עלינו מסאטמאר אז ער האט נישט געהאלטן פון לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן, קיינער פון זיי האט נאך נישט דורכגעלערנט איין מאל דעם ספר הקדוש ויואל משה. אויך דו וואס דו שרייבסט מיט אזא בקיאות אז אין ויואל משה ברענגט ער נאר אראפ פון ליקוטי מוהר"ן, האסטו אפילו נישט גענומען די מיה עס נאכצוקוקן. פרעג איך דיר, מיט וואס ביסטו א חסיד פון סאטמאר'ער רבי'ן אז דו האסט נאך נישט דורכגעלערנט דעם ויואל משה? סתם נאכזאגן מימרות אויפן רבינ'ס נאמען, וואס דער זקן האט צו דערציילן און וואס דער נאר האט צו זאגן, מיט דעם ווערט מען נישט קיין חסיד.


נישט נאר פון רבינ'ס ספרים ברענגט דער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר אראפ אין זיינע ספרים, נאר אפילו פון ספר 'כוכבי אור', דאס איז שוין פון שפעטערדיגע תלמידים, דאס האט ר' אברהם ב"ר נחמן זכרונו לברכה צוזאמגענומען, שמועסן און מעשיות פונעם הייליגן רבי'ן וואס ער האט געהערט פון זיין טאטן ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, דאס האט אויך דער רבי מסאטמאר זי"ע דורך געלערנט. דאס וואס ער הייבט אן "ובליקוטי מהר"ן מברסלב, במשלים שלו, סימן ד'", מיינט ער נישט דעם ספר ליקוטי מוהר"ן, נאר דעם ספר כוכבי אור (עיין ויואל משה מאמר ישוב ארץ ישראל סימן ק"נ). אויך ברענגט דער רבי אראפ צוויי מאל פון שיחות הר"ן; איינמאל ברענגט ער אראפ שיחות הר"ן סימן לה, נאכדעם פון סימן ר"כ, און ער פירט אויס אויפן רבי'ן בזה הלשון: "וזה ענין של רוח הקודש שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא", אז דער שמועס וואס רבי האט געשמועסט מיט אנשי שלומינו, ווי אזוי עס וועט אויסזען פאר משיח וועט קומען, אז עס וועט אראפ קומען אפיקירסות אויף דער וועלט וכו', איז געווען א ממש א רוח הקודש אויף אונזער דור, וואס עס האט ווירקליך פאסירט מיט אונזער דור וכו', עיין שם.


אויף דיין צווייטע שאלה וואס דו פרעגסט, אז דו האסט געזען אין ספר חיי מוהר"ן (סימן תח, תט) וואו דער רבי שרייבט אז מען זאל נישט לערנען דעם ספר "מורה נבוכים", ווייל מען קען צוקומען צו האבן קשיות וספיקות באמונה; עס וואונדערט מיר וואו דו האסט געלערנט, וואסערע חינוך דו האסט באקומען. איך בין א סאטמאר'ער תלמיד, אין חדר האב איך שוין געוואוסט פון מיינע מלמדים, זיי האבן נאכגעזאגט פון אלע תלמידי בעל שם טוב זכותם יגן עלינו און פון אלע פריערדיגע צדיקים זכרונם לברכה, אז זיי האבן נישט געהאלטן מען זאל לערנען ספרי חקירה, אפילו די ספרים וואס גדולי ישראל האבן מחבר געווען.


חס ושלום צו זאגן אז דער רבי האט געקריגט אויפן רמב"ם, אדרבה דער רבי האט מורא'דיג מפליא געווען דעם רמב"ם, דער רבי האט געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט מען פסק'נען אזוי ווי דער רמב"ם. דער רבי האט נאר געזאגט, מען זאל נישט לערנען דעם ספר מורה נבוכים און אויך אין אנהייב ספר יד החזקה וואו ער ברענגט אראפ חקירות, ווייל עס איז זייער טיפע סברות - עמוק עמוק מי ימצאנו, מען וועט נישט פארשטיין די תירוצים נאר בלייבן מיט די קשיות, אזוי וועט מען ווערן א גרויסער אפיקורס און לייקענען אין אלעס רחמנא לצלן. נישט נאר דער רבי האט געזאגט מען זאל נישט לערנען דעם ספר מורה נבוכים, נאר אסאך צדיקים האבן זייער מזהיר געווען מען זאל נישט לערנען דעם ספר מורה נבוכים, אזוי אויך וואו ער רעדט באופן של חקירות, ווייל מיר האבן קליינע מוחות, מיר פארשטייען נישט אלעס, מיר וועלן בלייבן מיט די קשיות, און אריין פאלן גרינגערהייט אין כפירות ואפיקורסות. אבער חס מלהזכיר צו זאגן אויפן רבי'ן אז ער האט גערעדט אויפן רמב"ם, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, שם) אז מיטן ספר "יד החזקה", האט דער רבמ"ם גוט געמאכט.


עס איז באוואוסט דער סיפור, אז דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט געבעטן דעם אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו די יראת שמים וואס די תנאים און אמוראים האבן געהאט, האט מען אים מודיע געווען אז ער וועט דאס נישט קענען אויסהאלטן, האט ער געבעטן ער וויל די יראת שמים פון די גאונים, האט מען אים געענטפערט די זעלבע זאך, אז עס איז נישט מעגליך, האט ער געבעטן ער וויל כאטש האבן די יראה וואס דער רמב"ם האט זוכה געווען צו האבן, האט מען אים דאס נאכגעגעבן, און דער הייליגער ישמח משה האט זיך אנגעפאנגען צו טרייסלען און זיך ווארפן מיט א שרעקליכער פחד און ציטער, ביז ער האט געבעטן מען זאל דאס אוועק נעמען פון אים.


ווען דער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר איז געווען אין ארץ ישראל ביים קבר פונעם רמב"ם האט ער דארט דערציילט די מעשה, און אויסגעפירט: "שטעלט אייך פאר ווי גרויס דער רמב"ם איז געווען, וואסערע יראת שמים ער האט געהאט, אז דער הייליגער זיידע דער ישמח משה האט דאס נישט געקענט אויסהאלטן, וואס זאלן מיר זאגן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#97 - מעג יעדער דרוקן אייערע בריוו? און איז אויף דעם אויך דא אן הבטחה פאר ישועות?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אז מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה אז ווער ס'וועט דרוקן א חלק פון אשר בנחל וועט זיכער האבן א ישועה. זייט דעמאלט האב איך שוין מנדב געווען אפאר מאל פאר די קרן הדפסה צו דרוקן א חלק אשר בנחל, און ב"ה איך האב געזען אפענע ישועות.


איך וויל פרעגן, אזוי ווי איך בין זיך מורא'דיג מחיה מיט די בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויב איז דא אויף דעם אויך די זעלבע הבטחה, אזוי ווי אויף די אשר בנחל?


אויך וויל איך וויסן אויב יעדער מעג עס דרוקן, אדער איז דא אויף דעם זכיות שמורות?


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ראש חודש כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין זיין צוואה, ווער עס וועט דרוקן זיינע ספרים בפרט "אשר בנחל", זאגט ער צו א ישועה. געלויבט דעם אייבערשטן, איך האב זוכה געווען צו דרוקן צענדליגער כרכים פונעם ספר "אשר בנחל" בחייו פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, איך האב א שטארקע הכרת הטוב פאר די ספרים "אשר בנחל", ווייל איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן דורך "אשר בנחל – חלק כז", וואס איך האב באקומען פון דעם גרויסן מפיץ הרב החסיד ר' נתן יאקאבאוויטש נרו יאיר. פאריאר האב איך זוכה געווען צו דרוקן "אשר בנחל" אין אידיש, איך האב געדרוקט טויזענט כרכים פון זעקס בענדער, אין דעם איז געדרוקט אלע בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין אידיש - נאנט צו אכט הונדערט בריוו; כמעט אלע טויזענט סעטס האט מען שוין מפיץ געווען. יעצט גיי איך מיטן אייבערשטנס הילף נאכאמאל איבער דרוקן די זעקס בענדער אשר בנחל אין אידיש.


דאס וואס דו פרעגסט אויב די הבטחה וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן זיינע ספרים וועט זען א ישועה, צי גייט דאס אויך אן אויב מען דרוקט די בריוו וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו שרייבן פאר בחורים און אינגעלייט; אודאי גייט אן די הבטחה אויף די בריוו אויך. די תשובות זענען געשריבן פאר בחורים און אינגעלייט וואס דארפן חיזוק און עצות אנצוגיין מיט זייער עבודת השם. איך האב גארנישט מחדש געווען, אלעס איז התחזקות און עצות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


מוהרא"ש פלעגט מיר זאגן נאכן שיעור ליל שישי און נאכן שיעור וואס ער האט געגעבן פאר די בחורים אין ישיבה: "יעצט האסטו געהערט א שיעור, מאך פון דעם הונדערט דרשות פאר די בחורים און אינגעלייט"; געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין זוכה געווען מרביץ תורה זיין פאר קרוב צו פופצן יאר, תשס"ד בין איך געווארן א מלמד פאר בחורים פון דרייצן - פערצן יאר, דאס האט אנגעהאלטן פינף יאר, ביז איך האב געעפענט די ישיבה "תפארת התורה". תשס"ט לפרט קטן האבן מיר געעפענט די ישיבה "תפארת התורה", און יעצט איז געווארן צען יאר וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו זיצן מיט בחורים און אינגעלייט פיר און צוואנציג שעה א טאג, זיבן טעג א וואך, צו לערנען מיט זיי וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש זכרונו לברכה ווי ער האט מיט אונז געלערנט די תורות און עצות פון הייליגן רבי'ן.


דאס וואס דו פרעגסט צי יעדער קען דרוקן די בריוו און עס פארשפרייטן, צי עס איז דא ביי דעם "כל הזכיות שמורות"; ניין, אדרבה, ווער עס וויל עס דרוקן יניחו ברכות על ראשו. פארשטייט זיך נאר בתנאי אז ער וועט נישט אראפ נעמען און נישט צולייגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן כח אונזער גאנצע לעבן משמש צו זיין דעם הייליגן רבי'ן, פאלגן וואס ער האט אונז געהייסן צו אנטרינקען ביימער (סיפורי מעשיות, מעשה ג), וועלן מיר זוכה זיין צו "לְתַקֵּן עוֹלָם בְּמַלְכוּת שַׁדַּי, וְכָל בְּנֵי בָּשָׂר יִקְרְאוּ בִּשְּׁמֶך", אלע וועלן אנערקענען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און עס איז נישט דא קיין שום אנדערע תכלית נאר אים צו דינען. דאס האבן מיר מקבל געווען פונעם הייליגן רבי'ן, וואס דער בעל תפילה האט געזאגט (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף דער וועלט נאר צו דינען דעם אייבערשטן".


ווען מען האט געפרעגט ר' נתן צי ער איז דער בעל תפילה (פון סיפורי מעשיות מעשה יב), ווייל דער רבי פארציילט דארט אז דער בעל תפילה האט ארויס געגעבן ספרים פון תפילות און דאס געגעבן פאר זיינע לייט זיי זאלן מתפלל זיין אין דעם, און ר' נתן האט דאך ארויס געגעבן דעם ספר "ליקוטי תפילות", האט ר' נתן אויף דעם געענטפערט: "דער רבי איז דער בעל תפילה, און איך בין דער מליץ", ווייל ר' נתן האט מלמד זכות געווען אפילו אויף די ערגסטע מענטש.


וואויל איז פאר די וואס העלפן פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועלט, ווער עס וועט העלפן דרוקן די בריוו וועט זיכער האבן א ישועה.


דער גיבור האט געזאגט (סיפורי מעשיות, שם): "איך גיי איינעמען די גאנצע וועלט, און מיין כוונה איז, טאמער וועל איך קענען געפינען דעם מלך מיט זיינע לייט"; אלע בריוו וואס איך ענטפער פאר בחורים און אינגעלייט וכו' איז נאר אריין צו ברענגען אמונה, מיר זאלן זוכן דעם מלך מלכי המלכים, מיר זאלן וויסן אז נאר ער קען אונז העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.

#96 - א ברסלבער מוז ארויסשטארן?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן עפעס וואס איז מיר שטארק נוגע, איך האף אז עס איז נישט צו סענסעטיוו, אבער איך האב שטארק הנאה ווי דער ראש ישיבה שליט״א ענטפערט ברבים אלע סארט שאלות, בין איך מיך מורה היתר.


איך האב זיך לעצטנס אריינגעלייגט אין ספרי ברסלב, און עס איז מיר גאר שטארק מחזק. איך רעד אסאך צום רבוש"ע אין אידיש. פארשטייט זיך אז מען קען אלץ גיין מער און מער, אבער איך וויל וויסן צי איך דארף ארויסשטארן פון מיינע ארומיגע, אדער איך קען מיך אויפפירן פונקט ווי יעדעם. דאס רעכנט אריין צו איך דארף מפיץ זיין דעם רבינ'ס ספרים, זיך דרייען דוקא אויף ברסלב'ע פלעצער, לערנען ברבים ברסלב'ע ספרים, ועוד ועוד.


איך ווייס אז עס איז אמת אז "ואל יבוש מפני המלעיגים", און אויב מען האלט אז עפעס איז ריכטיג דארף מען עס טון. אבער דאך איז די מציאות (לפחות אין מיין סביבה) אז פאר מענטשן שטערט ווען איינער איז א יוצא מן הכלל. ווען איך בין פריוואט פאר מיך א ברסלב'ער שטער איך נישט קיינעם, עס קומט נישט מיט קיין מניעות (קיינער האלט מיך נישט צוריק פון פארן קיין אומאן וכדומה). משא"כ ווען יעדער האלט מיט, דאן ווער איך אפיציעל א "ברסלב'ער", אנדערש ווי יעדן אין מיין סביבה.


מוז עס יעדער מיטהאלטן? און אויב קען מען יא זיין פריוואט, פארוואס זעט מען דאך אינגעלייט וואס ווערן אדוק אין ברסלב אז זיי זוכן אז יעדער זאל וויסן דערפון? איך רעד דוקא נישט פון טון גאר מאדנע זאכן ברבים און זאגן אז דער רבי האט דאס געוואלט, איך רעד פון פשוט ווערן קאטאגעראזירט אלס "ברסלבער" אז יעדער זאל מיטהאלטן. קען מען אן דעם אדער נישט?


יעקב דוב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב דוב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות, ובפרט מיט די עצה פון התבודדות; דער רבי האט געזאגט: "איך האב געהערט פון זייער אסאך צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו אלע זייערע מדריגות נאר דורך התבודדות, זיי האבן זייער אסאך גערעדט צום אייבערשטן יעדן טאג אויף זייער אייגענע שפראך; און אפילו זיי האבן נישט געשפירט ווי מען הערט זיי אויס, פארקערט, זיי האבן געשפירט ווי מען דערווייטערט זיי פון אריין קומען אין די קדושה - האבן זיי ממשיך געווען מיט די הנהגה ביז זיי זענען צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, צו ווערן גרויסע צדיקים"; דער רבי וויל אז מיר זאלן דאס אויך טון, מיר זאלן נאכמאכן אלע גרויסע צדיקים, און אפילו מיר זענען זייער פשוט'ע מענטשן, דאך זאלן מיר מאכן התבודדות יעדן טאג, אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס א מענטש קען זוכה זיין בזה העולם.


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס ווען א מענטש הייבט אן לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן, און הייבט אן פאלגן די עצות, פארוואס דארף יעדער וויסן אז ער איז געווארן א ברסלב'ער; נאר געווענליך ווען א מענטש טרעפט א גוטע זאך פאר זיך, וויל ער זייער שטארק אז זיינע קינדער זאלן אויך הנאה האבן דערפון - דאס איז דער תירוץ אויף דיין קשיא; א מענטש קוקט זיך אן ווי אזוי ער איז אויפגעוואקסן - פוסט און וויסט. במשך אלע זיינע יארן האט אים קיינער נישט אנגעגרייט צו וויסן וואס דער לעבן איז; אודאי האט מען געלערנט מיט אים תורה, מען האט געלערנט מיט אים קיום המצות, מידות טובות וכו' וכו'; אבער מען האט אים נישט געלערנט קיין שום הקדמות וואס דער מענטש דארף וויסן אין לעבן. אז אפילו מען פאלט אראפ, מען איז נכשל געווארן מיט עבירות, קען מען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט רחמנות אויף א יעדע מענטש "וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו" (תהלים קמה, ט), נאר די רעזולטאטן זענען, אז אזא איינער ווערט נעבעך זייער צעבראכן ווען ער פאלט אראפ; עס איז דא וואס וועלן אלעס איבערלאזן רחמנא לצלן, עס איז דא וואס לעבן א פאלשע לעבן - פון אינדרויסן זעט ער אויס ווי א שומר תורה ומצות, אבער פון אינעווייניג איז ער נעבעך פארדארבן; נישט ווייל ער וויל אזוי זיין, נאר ווייל קיינער האט אים נישט אנגעגרייט אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען האבן אסאך סבלנות און אסאך חיזוק, אז אפילו מען פאלט אראפ דארף מען זיך אויפהייבן, אזוי ווי עס שטייט (משלי כד, טז): "כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם", דער צדיק האט אויך נפילות וירידות וכו', אבער ער איז א צדיק ווייל ער הייבט זיך אויף.


דערפאר, ווען איינער הייבט אן לערנען די ספרים פון רבי'ן, און הערט די חיזוק און עצות - וויל ער גלייך אז זיינע קינדער זאלן אויך לעבן א חיים טובים; ער נעמט ארויס זיינע קינדער פון וואו זיי לערנען און שיקט זיי קיין ברסלב, דערפאר שטארט ער ארויס אז ער איז ברסלב. אבער א מענטש פאר זיך, למשל א בחור, דארף טאקע קיינער נישט וויסן אז ער האט מיט ברסלב, און מען ווייסט טאקע נישט, אזוי ווי דו שרייבסט מיר אז דו ביסט זיך מחיה מיט די הייליגע רבי'ס עצות און קיינער ווייסט נישט דערפון, אזוי זענען דא צענדליגער טויזענטער בלי גוזמא וואס זענען זיך מחיה מיטן רבי'ן, און קיינער ווייסט נישט אז זייער גאנצע חיות איז ברסלב.


איך וועל דיר דערציילן מיין השתלשלות ווי אזוי איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן; איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן שנת תשס"ד לפרט קטן, עטליכע יאר נאך מיין חתונה, ווען איך בין אלט געווען דריי און צוואנציג יאר. קיינער האט נישט געוואוסט אז מיין גאנצע חיות איז דער הייליגער רבי, און קיינער האט נישט געוואוסט אז מיין לעבן האט זיך מיר געטוישט, נאר מיין ווייב תחי'; איך האב געפאלגט אלע עצות פון רבי'ן, איך האב אנגעהויבן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, איך האב געלערנט דעם רבינ'ס ספרים בייטאג און ביינאכט, און דאס איז מיר געווען כמים קרים על נפש עייפה, און קיינער האט נישט געוואוסט דערפון אויסער מיין ווייב תחי'. ווען עס איז געקומען ראש השנה שנת תשס"ה בין איך נישט געפארן, כאטשיג איך האב זייער שטארק געוואלט פארן, ווייל איך האב געזען וואס דער רבי זאגט, אז "גאר זיין זאך איז ראש השנה", און "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן", אבער למעשה בין איך נישט געפארן.


יענע תקופה ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן, בין איך געווארן א מלמד פאר כתה ט' בחורים; איך האב אריין געלייגט אין די קינדער אמונה, איך האב גערעדט צו זיי די זעלבע דיבורים וואס איך רעד היינט פאר די בחורים, אלעס וואס איך רעד היינט האב איך גערעדט צו די קינדער פאר פערצן יאר צוריק, נאר איין חילוק איז דא, אז היינט זאג איך עס נאך מיטן רבינ'ס נאמען, און דעמאלט האב איך עס נאכגעזאגט בשם צדיקים; איך פלעג זאגן פאר די קינדער: "עס שטייט אין די הייליגע ספרים..." "צדיקים האבן געזאגט..." און איך האב קיינמאל נישט נאכגעזאגט בשם דעם רבי'ן; דאס שרייב איך דיר, אז דו זאלסט זען אז מען קען זיין צוגעקלעבט צום רבי'ן אן דעם וואס איינער זאל בכלל וויסן פון דעם.


אפילו ווען איך בין געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה שנת תשס"ו לפרט קטן, האבן מיינע חברים און משפחה נישט געוואוסט אז איך בין א ברסלב'ער, ווייל א ברסלב'ער איז גארנישט אנדערש ווי א צווייטן, בלויז איין זאך איז אנדערש, אז ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער איז דבוק צו אים א גאנצע טאג; ווען ער עסט - עסט ער מיטן אייבערשטן, ער טראכט פונעם אייבערשטן, ווען ער שפאצירט - רעדט ער צום אייבערשטן, ווען ער זיצט צווישן מענטשן - איז זיין מח ביים אייבערשטן. פארקערט, איך האב עס באהאלטן פון יעדן איינעם, ווייל איך האב נישט געוואלט האבן קיין מחלוקת, ביז עס האט פאסירט וואס האט פאסירט.


דארט וואו איך בין געווען מלמד - אין כתה ט', האט די הנהלה זייער געוואלט איך זאל ווערן דער מנהל פון זייער ישיבה; זייער ישיבה האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן און עס איז געווען קוים א מנין בחורים, און זיי האבן זייער געוואלט אויפבויען זייער קהילה, האבן זיי מיר זייער געבעטן איך זאל ווערן דארט מנהל. מען האט מיר אויפגענומען פאר מנהל אסרו חג פסח תשס"ז לפרט קטן; און גלייך ווען מיינע תלמידים וואס האבן געלערנט ביי מיר די פאר יאר - תשס"ד, תשס"ה, תשס"ו, האבן געהערט אז איך ווער מנהל אין די ישיבה, זענען אלע צוריק געקומען צו די ישיבה, פלוצלינג אין צוויי טעג האבן זיך איינגעשריבן פופציג בחורים, ווייל אלע בחורים וואס האבן געלערנט אין אנדערע ישיבות זענען צוריק געקומען.


פארוואס זיי זענען צוריק געקומען, דאס וועסטו שוין אליינס פארשטיין; ווייל זיי האבן זייער ליב באקומען צו זיין א איד. איך האב גענומען אלע קינדער וואס קיינער האט אויף זיי נישט געקוקט, און זיי אויפגעהויבן; איך האב גענומען די קינדער וואס זיי דרייען איבער די קלאס, און זיי אויפגעהויבן; עס זענען געווען קינדער וואס זענען עמטליך געזעצן אינדרויסן פון קלאס א גאנץ יאר, זיי האבן שוין געהאט זייער מקום קבוע אינדרויסן פון די כתה; איך פלעג זיי זען, איך האב געזען זייער הארץ, איך האב געזען די טרערן וואס ליגט אונטער די שטיק, די ווייטאג וואס ליגט אונטער זייער שמייכל, און איך האב זיי גענומען און מחזק געווען. דערפאר, ווי נאר זיי האבן געהערט אז זייער אלטער מלמד ווערט מנהל, זענען זיי אלע צוריק געקומען.


דעם קומענדיגן יאר שנת תשס"ח לפרט קטן האט די ישיבה געהאלטן ביי אכציג בחורים, און אויף דעם קומענדיגן יאר תשס"ט זענען שוין געווען איינגעשריבן איבער הונדערט בחורים. בשעת וואס א יאר און א האלב צוריק איז קוים געווען מנין.


למעשה, ווען זיי האבן מיר ארויסגעווארפן, האט מיר מוהרא"ש זכרונו לברכה געהייסן עפענען א ישיבה; איך האב אנגערופן די עלטערן פון אלע בחורים זאגן אז איך עפען אליינס א ישיבה. פארשטייט זיך אז אלע עלטערן האבן איינגעשריבן זייערע קינדער, אבער דא האט זיך אנגעפאנגען די מחלוקת, היות זייער אסאך פון די עלטערן זענען געווען חסידים פון דעם רב וואו איך האב געארבעט, האבן זיי געוואלט אויפבויען די ישיבה פון זייער קהילה; פון דער אנדערע זייט, די בחורים האבן פארפירט אז זיי ווילן קומען לערנען ביי מיר. וואס האבן זיי געטון? זיי האבן מיר באשמוצט, מען האט מיר מבזה געווען - וואס עס העלפט נישט קיין מחילה אויף מוציא שם רע, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (ירושלמי בבא קמא, פרק ח, הלכה ז): "הַמוֹצִיא שֵׁם רָע אֵין לוֹ מְחִילָה", מען האט אנגערופן אלע עלטערן וואס האבן יא געוואלט שיקן זייערע קינדער, און גערעדט לשון הרע און הוצאת שם רע, ביז עס איז געווארן א טומל.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געשריבן א בריוו איך זאל עפענען א ישיבה; מוהרא"ש שרייבט אין די בריוו אז עס דארף נישט טראגן דעם נאמען "ברסלב", ווייל דער רבי האט בפירוש געזאגט מען זאל רעדן דיבורי אמונה מיט מענטשן נישט אין זיין נאמען: "וואס גייט מיר אן אז א מענטש וועט בענטשן ברכת המזון בכוונה, ווען ער וועט נישט וויסן אז דאס קומט פון מיר", - האט דער רבי געזאגט.


אזוי האב איך געטון; איך האב געעפענט די ישיבה מיטן נאמען "תפארת צבי" אויפן נאמען פונעם קרעטשניפער רבי זכרונו לברכה, ווייל קיינער האט מיר נישט געוואלט פארדינגען א פלאץ וואו צו לערנען מיט די בחורים, און איך האב נישט געהאט קיין ברירה, ווייל איך האב נישט געהאט וואו צו גיין, קודם זענען מיר געגאנגען אין א זאל וואו מען מאכט שמחות, מיר האבן צעטיילט די זאל מיט די מחיצות אויף כיתות און אזוי געלערנט, נאך א וואך, האט איינער געזאגט אז ער איז מסכים אריין צו נעמען די ישיבה, בתנאי זיך צו בויען א חסידות; איך האב געפרעגט מוהרא"ש, "אודאי" - האט מוהרא"ש געזאגט, "דער עיקר לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין"; דאס פלעג איך הערן טאג און נאכט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין".


נאך אפאר וואכן איז מען געקומען צו דעם רב, און מען האט אים געסטראשעט אז מען גייט אים באשמוצן מיט כתבי פלסתר וכו'; דער רבי האט זיך דערשראקן און אונז ארויס געווארפן און אראפ גענומען די נאמען "תפארת צבי"; האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "געב די נאמען 'תפארת התורה'", אבער עס האט נאך אלץ נישט געהייסן ברסלב. און ביי די שיעורים וואס איך פלעג געבן אין ישיבה האב איך גערעדט נישט בשם דעם רבי'ן, נאר: "עס שטייט אין די הייליגע ספרים..." "צדיקים האבן געזאגט..." איך האב קיינמאל נישט נאכגעזאגט בשם דעם רבי'ן, און די בחורים האבן ניטאמאל געוואוסט ווער מוהרא"ש איז, און ווער ר' נתן איז וכו'.


נאכדעם האבן זיי מיך אנגעהויבן צו פארשפרייטן; מען האט מפרסם געווען אז איך בין ברסלב, און איך מאך מיינע תלמידים ברסלב; מען האט ארויס געגעבן ספרים און קונטרסים קעגן מיר, אז איך בין פארכאפט אין ברסלב, און איך בין זייער סכנה'דיג ווייל איך מאך די בחורים ברסלב. דעמאלט האב איך געטראכט צו מיר: אז עס איז יא אזוי, אז מען שרייבט אויף מיר איך בין ברסלב, פארוואס זאל איך מיר פארשטעקן, בעסער געזאגט פון וועמען זאל איך מיך פארשטעקן, האבן מיר געטוישט די נאמען פון די ישיבה "תפארת התורה היכל הקודש ברסלב".


דאס אלעס שרייב איך דיר, אז דו זאלסט נישט אנקוקן מיט א זלזול א ברסלב'ער אינגערמאן וואס עס זעט אויס ווי ער זוכט ארויס צו שטארן, ווען אונטער דאס וואס ער שטארט ארויס ליגט אסאך פארגאסענע בלוט; וויפיל איך זאל דיר שרייבן וואס עס איז אריבער אויף מיר, און וואסערע בזיונות איך האב געליטן, וועסטו קיינמאל נישט גלייבן וואס א ברסלב'ער איד גייט אריבער ווען ער קומט צום רבי'ן; ווי דער גאנצע משפחה נעמט זיך אויף אים, מען הייבט אים אן רודפ'ן, מען הייבט אן טרינקען זיין בלוט שטילערהייט, בשעת ווען די אנדערע קינדער טוען וואס זיי ווילן וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה איז מקורב געווארן ביי די פופצן יאר צום הייליגן רבי'ן, ער האט געלעבט פאר זיך און ער איז געווען דבוק צום אייבערשטן; נאכדעם וואס מוהרא"ש האט חתונה געהאט, איז געקומען א פעטער פון זיין ווייב'ס זייט, ער איז געוואויר געווארן אז מוהרא"ש לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, האט ער געשוואוירן אז ער גייט אים אוועק נעמען פון ברסלב; ער האט אנגעהויבן רודפ'ן מוהרא"ש - דער אייבערשטער זאל אפהיטן, ביז מוהרא"ש האט געזען אז עס רירט אן זיין שלום בית, האט מוהרא"ש געטון א זאך, מוהרא"ש פלעגט זאגן עס איז געווען א ווילדע זאך, ער האט געדרוקט אלע ספרים פון רבי'ן, און אונטן וואו מען שרייבט: "נדפס על ידי..." האט מוהרא"ש געשריבן: "נדפס על ידי אליעזר שלמה ברסלבער ני"ו" (מיר האבן נאך דא אין ישיבה פון די אלטע ספרים וואו מען קען דאס זען), מוהרא"ש האט אים געוואלט זאגן מיט דעם, אז מיר קענסטו נישט אוועק נעמען פון רבי'ן, דאס איז מיין לעבן, און דאס איז מיין נאמען; דעמאלט האט דער פעטער געזען אז עס איז נישט דא וואס צו טון.


דאס אלעס שרייב איך דיר, כדי דו זאלסט וויסן אז נישט אלעס ווייסטו, און ווען דו זעסט ווי א מענטש גייט און קומט, און עס זעט אויס כאילו ער זוכט צו מאכן מחלוקת, זאלסטו וויסן אז אונטער די "ארויס שטארן" - ווי דו רופסט דאס, ליגט אסאך רדיפות.


דערפאר איז זיכער נישט כדי צו מאכן מחלוקת ווען מען ווערט מקורב, און אז מען קען עס אויס באהאלטן איז זיכער כדי, אבער מען דארף געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט אויף זיין חולק, ווען ער האט אנגעפאנגען קריגן אויף אים: "אויב וועט ער מיר לאזן א וועג פון דער זייט וועל איך אים גארנישט טון, אבער אז ער וועט מיר אינגאנצן שטערן וועל איך אים צעשניידן אויף שטיקער"; דאס גייט ארויף אויף יעדע מקורב, אויב קען מען לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים בהצנע לכת, מען קען מקיים זיין אלעס וואס דער רבי זאגט אן קיין מחלוקת - מה טוב ומה נעים, אבער אז מען זעט אז מען גייט פארלירן דעם רבי'ן וכו', דעמאלט איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן, עס איז א בחינה פון חייך קודמין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#95 - איך שעם זיך צו ווערן א 'ברסלבער'
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט''א, גדול מזכי הרבים.


שאלתי, אני נמצא בחסידות, ולאט מתחבר מאוד לספרי רבינו מברסלב, אבל מה שקשה לי זה להתנתק מהחסידות שאני נמצא בו, בגלל מה יגידו אלי וכדו', מה הדרך הטובה להתגבר על זה ולהיות חזק בזה הדרך שאני מרגיש שזה עושה לי חיים טובים באמת, והרבה יותר קרוב "להשם יתברך"?


אני ישמח לקבל תשובה על הנ''ל בקרוב, יישר כוח גדול בהצלחה.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ז): "וְהָעִקָּר לְהִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ", א מענטש דארף קוקן אויף זיך אליין. מען זעט בגשמיות אז א מענטש טוט נאר וואס עס איז גוט פאר אים, און ער קוקט נישט אויף א צווייטן; ער מאכט זיך א חשבון: 'וואו קען איך פארדינען געלט, וואו קען איך איינקויפן פאר ביליג וכו' וכו'', און ער מאכט זיך באקוועם וכו'; אבער ווען עס קומט צו רוחניות ווערט מען פלוצלינג שוואך, מען הייבט אן טראכטן: 'וואס וועט מיין חבר זאגן, וואס וועט מיין ברודער זאגן וכו' וכו''. א מענטש וואס איז קלוג קוקט אויף זיך; ער מאכט זיך א חשבון: 'וואו פארדין איך? איך דארף א רבי וואס מאכט מיר לערנען און דאווענען, איך דארף א רבי וואס ווען איך פאל אריין אין א שלעכטע מצב קען ער מיר ארויס נעמען פון מיין קטנות, און ער קען מיר פרייליך מאכן איך זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן'.


ווען א מענטש גייט צו א רבי, דארף ער קוקן אויב ווען ער גייט אהיים פון דעם רבי'ן נעמט ער פאר זיך עצות צום לעבן; אויב דער רבי געבט אים גארנישט אין דער האנט, איז נישט משנה וויפיל מענטשן דער רבי האט, וויפיל חסידים זענען געווען ביים טיש, מעג ער האבן בערג מיט מענטשן - איז דער רבי נישט זיין רבי, דאס מיינט נישט צו זאגן אז דער רבי איז נישט גרויס וכו'.


דער הייליגער רבי פארציילט אין די מעשה פון די זיבן בעטלערס (סיפורי מעשיות מעשה יג): איינער האט זיך בארימט אז ער האט די בחינה פון 'מיעוט המחזיק את המרובה' ווייל ער האט זייער אסאך מענטשן, אלפים ורבבות מענטשן - אלעס ליגט אים אויף זיין קאפ, קומט אויס אז ער האט די בחינה פון 'מיעוט המחזיק את המרובה', ווייל זיין קליינע מח נעמט אריין טויזענטער מענטשן וכו', זאגט דער רבי אז מען האט געלאכט פון אים, מען האט אים געזאגט: "דו ביסט נישט, און דיינע לייט זענען נישט"; מוהרא"ש איז דאס מסביר (בספר נהרי אפרסמיון מעשה יג) אז אויב א רבי לייגט נישט אריין אין זיינע חסידים זיי זאלן לערנען און דאווענען - מעג ער האבן טויזענטער מענטשן - איז אלעס נארישקייטן, "דו ביסט נישט, און דיינע לייט זענען נישט", עס האט א פנים ווי איינער האט זיך בארימט אז דער גאנצער בארג מיסט קומט פון אים, און ער האט די בחינה פון מיעוט המחזיק את המרובה, ווייל פון איין מענטש קומט ארויס אזוי סאך מיסט וכו', עיין שם.


וואס איז דער גרויסקייט פון א צדיק? אז עס גייט אים אין לעבן אז נאך א איד זאל וויסן פונעם אייבערשטן, נאך א איד זאל מקיים זיין די מצוות פון די הייליגע תורה. עס גייט אים אין לעבן אז בחורים זאלן חתונה האבן כדי זיי זאלן נישט נכשל ווערן אין הארבע עבירות.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵך וְרָץ בֵּין בְּנֵי־אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה, וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ. וְהוּא מְרַמֶּה בְּנֵי אָדָם וְשׁוֹאֵל לְכָל אֶחָד: "מָה אֲנִי אוֹחֵז?" וּלְכָל אֶחָד נִדְמֶה כְּאִלּוּ הוּא אוֹחֵז מַה שֶּׁהוּא מִתְאַוֶּה. וְעַל־כֵּן הַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו, כִּי כָּל אֶחָד סוֹבֵר שֶׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ מַה שֶּׁהוּא חָפֵץ. וְאַחַר־כָּך הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּה כְּלוּם.


כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד, עַד שֶׁנִּדְמֶה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד כְּאִלּוּ יֵשׁ בְּיָדוֹ מַה שֶּׁהוּא חָפֵץ, כָּל אֶחָד כְּפִי שְׁטוּתוֹ וְתַאֲוָתוֹ. וְאַחַר־כָּך בַּסּוֹף הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם, כִּי אֵין מִי שֶׁיְּמַלֵּא תַּאֲוָתוֹ אֶצְלוֹ. דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו איינער וואס לויפט ארום מיט א פארמאכטע האנט, ער לויפט צווישן מענטשן, קיינער ווייסט נישט וואס ער האט אין דער האנט, און יעדער איינער מיינט אז ער האט עפעס וואס עס איז אינטערעסאנט פאר אים, און אלע לויפן אים נאך; צום סוף עפענט ער אויף זיין האנט, און מען זעט אז ער האט גארנישט אין זיין האנט. אזוי פאפט ער אויס יעדן איינעם, מען לויפט אים נאך א גאנץ לעבן ביז ווען מען גייט אוועק פון דער וועלט קוקט מען זיך אן, און מען זעט אז מען האט ליידיגע הענט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז דער שיחה גייט בעיקר ארויף אויף פאלשע מנהיגים; מענטשן לויפן נאך רבי'ס וכדומה, זייער גאנץ לעבן, און ביים סוף עפענט מען אויף די האנט און מען איז נאקעט, מען דערזעט זיך מיט ליידיגע הענט.


א מענטש דארף שטענדיג קוקן צי ער האט עפעס אין זיינע הענט, צי מען נארט אים נישט אפ; עס איז דא א שפריך ווארט: "מַה שֶׁבְּיַד בָּטוּחַ", וואס מען האט אין דער האנט דאס איז זיכער; וואס דו זאגסט מיר צו איז איין זאך, און וואס איך וועל למעשה האבן איז שוין עפעס אנדערש.


דערפאר, וואויל איז פאר א מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן, ער כאפט אריין יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיטן תרגום - זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, אזוי ווען עס קומט סוף וואך האט ער געענדיגט די סדרה, און ער איז זוכה צו מקיים זיין וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רֶבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן מען זאל אים נישט אפנארן מיט סגולות וכו' וכו'. מענטשן ווערן זייער פארגאפט פאר איינעם וואס מאכט פאקסן און מאכט זיך משוגע, אבער מען כאפט נישט אז עס גייט אריבער א יאר נאך א יאר, און מען גייט צוריק צום אייבערשטן אויבן אין הימל נאקעט, אן קיין חומש, אן קיין משניות און אן קיין גמרא וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא קמא צז:): "מַטְבֵּעַ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ - זָקֵן וּזְקֵנָה מִצַּד אֶחָד, וּבָחוּר וּבְתוּלָה מִצַּד אַחֵר", זאגט מוהרא"ש אויף דעם א מורא'דיגע זאך, אברהם אבינו האט געלעבט מיט דעם מחשבה אז: 'אט איז מען א בחור, און אט איז מען שוין א אלטער איד'; 'אט איז מען א מיידל, און אט איז מען אן אלטע אידענע', דאס איז פשט אין דעם מאמר חז"ל, אז ער האט געלעבט זיין גאנצע לעבן אז אט אט גייט מען שוין ווערן אן אלטער איד, מען דארף זיך אנגרייטן תורה ומצוות ומעשים טובים. אזוי האט מוהרא"ש אפגעלערנט דעם מאמר חז"ל, ווייל ביי מוהרא"ש איז יעדע מאמר חז"ל געווען א לעבעדיגע חז"ל - לעובדא ולמעשה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זוהר חדש, פרשת נח) אז ווען נח איז ארויס געקומען פון די תיבה און געזען ווי די גאנצע וועלט איז חרוב, האט ער אנגעפאנגען זייער צו וויינען, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "רַיְּעָא שַׁטְיָא, דו נארישער פאסטוך, יעצט וויינסטו? ווען איך האב דיר געזאגט עֲשֵׂה לְּך תֵּיבַת עֲצֵי גּוֹמֶר, דעמאלט וואלסטו געדארפט וויינען צו מיר, און מתפלל זיין אז עס זאל נישט קומען קיין מבול; וואס האסטו געטון, האסט געמאכט א תיבה און זיך געראטעוועט - דו מיט דיין משפחה, יעצט וויינסטו אז די וועלט איז חרוב?!" דער זוהר הקדוש רעכנט דארט אויס אלע צדיקים וואס האבן גע'טענה'ט מיטן אייבערשטן און מתפלל געווען פאר זייער דור ווען דער אייבערשטער האט זיי געזאגט אז ער גייט ברענגען א שטראף אויף די מענטשן, עיין שם.


זעט מען אז עס איז צוויי סארט צדיקים, נח איז געווען א צדיק, אזוי ווי דער תורה זאגט (בראשית ו, ט): "נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו", אבער א צדיק פאר זיך, נאכדעם איז דא א צדיק וואס ער ברענגט אריין דעם אייבערשטן אין די וועלט.


וואויל איז דעם מענטש וואס קוקט אויף זיך, ער לעבט מיטן אייבערשטן, און ניצט אויס די צייט מיט תורה תפילה; ער ווייסט אז נאך אביסל וועט ער גארנישט האבן פון אלע חברים, ווייל ווען מען לייגט אריין א מענטש אין קבר איז מען דארט איינער אליינס, דארט נעמט מען מיט נאר די דפים גמרא וואס מען האט זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג, דארט נעמט מען מיט די פרקים משניות וואס מען האט ארויס געכאפט יעדן טאג, און די התבודדות - אלע ווערטער וואס מען האט זוכה געווען צו רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#94 - ווען וועט איר קומען וואוינען קיין יבנאל?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די שיינע דרשות וואס איר גיבט איבער, ווי אויך די חיזוק יומי.


איך וואלט אייך געוואלט פרעגן ווען וועט איר זוכה זיין צו מקיים זיין די צוואה ובקשה פון כ"ק מוהרא"ש זי"ע אז מען זאל קומען וואוינען אין יבנאל עיר ברסלב?


א גרויסן ש'כח.


נחמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד נחמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שבת פרשת יתרו שנת תשע"ב לפרט קטן בין איך געווען אין יבניאל, און איך האב געהאט די זכיה צו איינשטיין ביי מוהרא"ש זכרונו לברכה; שבת אינדערפרי נאך די סעודה האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "קום אביסל שפאצירן", מוהרא"ש איז ארויף מיט מיר דעם בארג ווי מען זעט אלע שיינע בערג און טאלן, און מוהרא"ש האט מיר געזאגט די ווערטער: "ווען דו זאגסט דעם פסוק (תהלים קטז, ט): "אֶתְהַלֵּךְ לִפְנֵי ה' בְּאַרְצוֹת הַחַיִּים" זאלסטו אינזין האבן יבניאל"; זייט דעמאלט בעט איך דעם אייבערשטן יעדן טאג אז איך וויל זוכה זיין צו קומען קיין ארץ ישראל צו די שטאט יבניאל.


דאס וואס דו שרייבסט מיר ווען איך וועל מקיים זיין די צוואה וכו'; וויסן זאלסטו אז מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געשריבן א בריוו אין שפיטאל דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן - דעם טאג וואס מוהרא"ש איז נסתלק געווארן, פאר אלע אנשי שלומינו, ער בעט אינעם בריוו אז יעדער זאל עפענען ביי זיך אין שטאט וואו ער וואוינט, א בית המדרש "היכל הקודש" וכו'; איז דאך זיכער נישט שייך אז איך זאל איבערלאזן די קהלה וואס מיר האבן דא אויפגעשטעלט, מיט א ישיבה, א תלמוד תורה, א מיידל סקול מיט מסירות נפש. עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן וואס מיר זענען אריבער די פאר יאר, וויפיל מען האט אונז גע'רודפ'ט עד לחרמה מבית ומחוץ.


דער עיקר דארפן מיר זען צו פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלאזט צוואה אז מיר זאלן דרוקן זיינע ספרים, און דאס פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט; געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב האב מקיים געווען די צוואה, איך האב אפגעדרוקט דעם פארגאנגענעם יאר טויזנט סעטס פון די זעקס בענדער 'שאלות ותשובות אשר בנחל באידיש', עס האט מיר געקאסט קרוב צו פערציג טויזענט דאללער, און בקרוב האף איך עס נאכאמאל איבער צו דרוקן, ווייל כמעט אלעס איז שוין אויסגעגאנגען.


אויך האבן מיר אויפגעשטעלט א "בית הדפוס" וואו מיר דרוקן יעדן טאג טויזענטער קונטרסים; מען האט שוין געדרוקט איבער א מיליאן קונטרסים במשך די פאר יאר, אויך דרוקן מיר "אשר בנחל" אלע חלקים. וואויל איז דעם וואס נעמט א חלק אין די הוצאות און העלפט דרוקן די ספרים, ער וועט זיכער זען גרויסע ישועות אין אלע זיינע וועגן.


ווען מען האט מלווה געווען מוהרא"ש קיין ארץ ישראל בין איך געזיצן אינעם אמבולאנס וואו מוהרא"ש איז געלעגן, און איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש צוויי זאכן: איינס, אז איך וועל נישט מאכן קיין מחלוקת צווישן תלמידי היכל הקודש, איך וועל נישט האבן קיין שייכות מיט מחלוקת. צווייטענס, אז איך וועל אים מפרסם זיין פאר די גאנצע וועלט. געלויבט דעם אייבערשטן אז ביידע זאכן בין איך מקיים, און מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך ווייטער אנהאלטן די הבטחה.


דער עיקר דארפן מיר זען צו פאלגן וואס מוהרא"ש שרייבט אינעם בריוו 'ב' בשלח' אפאר טעג פאר ער איז נסתלק געווארן, וזה לשונו: "דָּבָר אֶחָד שֶׁאֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶתְכֶם בַּקָשָׁה אַחֲרוֹנָה מֵחַיֵּי, שֶׁתֲּחַזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד, וְאַף אֶחָד שֶׁלֹּא יִשְׁתַּדֵּל לְהִתְנַשֵּׂא עַל הַזּוּלַת, אֲנִי לֹא מִינִיתִי אֶת אַף אֶחָד לִמְמַלֵּא מְקוֹמִי, כִּי אַתֶּם יוֹדְעִים שֶׁאֲנִי מְאֹד שׂוֹנֵא שֶׁיִּהְיֶה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ פִּירוּדִים וְכוּ', וְשֶׁלא יִּהְיֶה אֶחָד שֶׁמְּדַבֵּר בְּפֶה וּבַלֵּב מְכַוֵון אַחֶרֶת, כָּל יָמֵי מָסַרְתִּי אֶת נַפְשִׁי שֶׁבְּהַד' אַמּוֹת שֶׁלָּנוּ שֶׁנִּקְרָאִים "הֵיכַל הַקוֹדֶשׁ" עַל שֵׁם מַה שֶׁאָמַר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה (לקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נט) שֶׁהַצַּדִּיק בּוֹנֶה הֵיכַל הַקוֹדֶשׁ, וְלָכֵן תְּהִלָּה לָאֵל כָּל הַבָּתֵּי כְּנֵסִיּוֹת בְּכָל הָעוֹלָם שֶׁהֵקַמְתִּי סְנִיפֵי "הֵיכַל הַקוֹדֶשׁ" אֲזַי אֲנִי תָּמִיד הִקְפַּדְתִּי שֶׁלֹּא יִּהְיֶה בֵּינֵינוּ שׁוּעָלִים קְטַנִּים הַמְחַבְּלִים כְּרָמִים שֶׁרוֹצִים לְחַבֵּל אֶת הַכֶּרֶם שֶׁבָּנִיתִי בְּיֶזַע וּבְּדָם לְמַעֲלָה מֵחֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְלָכֵן זֶה עִיקָר רְצוֹנִי שֶׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַחְלוֹקֶת וּמְרִיבוֹת, וְלָכֵן הוֹלֵך לִי בְּחַיִּים שֶׁבְּהַד' אַמוֹת שֶׁלָּנוּ שֶׁלֹּא יִּהְיֶה שׁוּם הִתְנַשְּׂאוּת אֶחָד עַל הַשֵּׁנִי וַאֲנִי לֹא מִינִיתִי אֶת אַף אֶחָד לִהְיוֹת מַנְהִיג בִּמְקוֹמִי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.