שאלה אין קורצן ענין
#18 - וועלכע ברסלב'ע ספרים זאל איך אנהויבן לערנען?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאכ'ן הערן אזויפיל דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויל איך אנהויבן לערנען ספרי ברסלב. איך האב געוואלט פרעגן וועלכע ספר זאל איך אנהויבן צו לערנען, איך האב פרובירט אנהויבן לערנען ליקוטי מוהר"ן אבער ס'איז זייער א שווער ספר.


יישר כח.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז עס איז דיר שווער צו לערנען ליקוטי מוהר"ן זאלסטו קודם לערנען שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן - די שמועסן פון הייליגן רבי'ן וואס ר' נתן האט אראפ געשריבן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; ר' נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם-כֵּן כּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פארן לעבן.


מוהרא"ש האט דערציילט, ווען ער איז געווען א בחור פון זעכצן יאר איז ער מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, דעמאלט איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ליקוטי מוהר"ן, ער האט זיך זייער געפלאגט צו פארשטיין דעם ספר ליקוטי מוהר"ן. האט ער קודם גענומען די שיחות פון רבי'ן - שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן, און אזוי אויך די קליינע תורות פון ליקוטי מוהר"ן וואס איז גרינג צו פארשטיין, דאס האט ער זייער אסאך גע'חזר'ט - אן א שיעור מאל.


דער עיקר דארפן מיר זיך צוגעוואוינען צו מאכן התבודדות, וואס אין דעם איז אנגעהאנגען דאס גאנצע 'חסידות ברסלב'; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הִיא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז דער גרעסטער זאך וואס מען קען נאר טון; דעריבער דארף א מענטש זיך צוגעוואוינען זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין שפראך, ער זאל דערציילן אלעס וואס טוט אים וויי און וואס ער גייט אריבער. בפרטיות זאל ער אסאך בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו תשובה טון אויף אלע זיינע נישט גוטע מעשים און בעטן אויף ווייטער ער זאל מקורב ווערן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#17 - פארוואס איז געווען אזויפיל התנגדות קעגן ברסלב?
חסידות ברסלב, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון אייערע שיעורים, איך הער עס אויס בשעת מיין ארבעט, און דאס איז מיר א קוואל פון חיזוק. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן.


א. א גרויס חלק פון די חסידישע רבי'ס זענען קעגן ברסלב, מ'לערנט נישט קיין ברסלב'ע ספרים און מ'זאגט נישט נאך תורות פון ברסלב. וויל איך וויסן וואס איז די השתלשות הדברים פון די מחלוקת קעגן ברסלב, ווייל פון די אנדערע זייט זע איך אז דער ליקוטי מוהר"ן האט הסכמות פון גדולי ארץ וועלכע האבן געשאקלט די וועלט, דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע, דער קאזניצער מגיד זי"ע, פון הרה"ק בעל מחבר ספר אורח לחיים. וועמען איך האב געפרעגט וועגן די נושא, האט מיר קיינער נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן.


ב. וואס איז דער מנהג אין ברסלב וועגן בחורים רעדן מיט די תפילין?


ג. די ברסלב'ע שיטה איז א מ'זאגט תורה אפילו אן פארשטיין. היינט איז דאך שוין דא משניות מיט אידיש, פארוואס קען מען נישט זאגן די אידישע משניות, און אזוי וועט מען יא פארשטיין? כמעט אלעס איז דאך שוין דא היינט מיט אידיש טייטש. ווען מוהרא"ש האט געלעבט איז נאכנישט געווען די אלע ספרים, אויסער די פיעטרושקא משניות וואס אויף דעם איז געווען שאלות אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן.


א גרויסן יישר כח, יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף דער וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון, שם): "וואספארא עצה האבן זיי זיך געטראפן? לאכן! - מען לאכט פונעם רבי'ן, מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד"; דאס איז דער עצה, דער סמ"ך מ"ם מאכט זיכער אז מען זאל נישט מקורב ווערן צום רבי'ן, דורכדעם וואס ער מאכט א געשפעט פונעם הייליגן רבי'ן.


דער רבי האט אמאל גערעדט וועגן די מחלוקת וואס איז דא אויף אים, אז מען זאגט אויף אים שקרים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שצו) דער נביא קרעכצט (הושע ז, יג): "וְאָנֹכִי אֶפְדֵּם", איך העלף דאך די אידן, "וְהֵמָּה דִּבְּרוּ עָלַי כְּזָבִים", און זיי רעדן אויף מיר שלעכטע רייד; ר' נתן שרייבט דארט אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט די טראפן פון נ"ך: "וְאָנֹכִ֣י אֶפְדֵּ֔ם", איך העלף זיי, און זיי רעדן שלעכטס אויף מיר.


די אלע וואס רעדן אויף ברסלב, ווען זיי וואלטן ווען געוויסט באמת וואס איז ברסלב'ע חסידות, נישט נאר זיי וואלטן נישט גערעדט אויף ברסלב, נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


וואויל איז פאר דעם וואס הערט נישט קיין ליצנות אויף צדיקי אמת, ער נעמט נישט קיין חלק אין רעדן אנטקעגן צדיקים, וועט ער זוכה זיין זיך צו פרייען מיט די שמחה ביי די גאולה שלימה, אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק  זכותו יגן עלינו האט געזאגט (עיין בסוף ספר נועם אלימלך, באגרת הקודש) "ווער עס ליינט כתבי פלסתר אויף צדיקי אמת וועט נישט זוכה זיין צו זען  די שמחה פון די גאולה, און דער וואס קוקט נישט אין קיין כתבי פלסתר און רעדט נישט אויף צדיקי אמת וועט זוכה זיין זיך מיט צו פרייען מיט די שמחה וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען".


בנוגע ברסלב'ע מנהגים וכו'; אין ברסלב זענען די מנהגים דאס וואס עס שטייט אין שלחן ערוך. דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל לערנען שלחן ערוך יעדן טאג, אזוי ווי ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן  כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים וְלֹא יַעֲבֹר, וְאַף אִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ, כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג שלחן ערוך חק ולא יעבור, אפילו מען האט נישט קיין צייט מען איז אן אונס, דאך זאל מען לערנען א סעיף אין שלחן ערוך אפילו שלא כסדרן, ווייל יעדער איד מוז לערנען יעדן טאג פון זיין לעבן שלחן ערוך - זאל זיין וואס זאל זיין, "וּכְשֶׁאֵינוֹ אָנוּס יִלְמַד כְּסֵדֶר כָּל הָאַרְבָּעָה "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" מִדֵּי יוֹם בְּיוֹמוֹ, וּכְשֶׁיִּגְמֹר וִיסַיֵּם הָאַרְבָּעָה "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" יַחֲזֹר וְיַתְחִיל לְלָמְדָם כְּסֵדֶר, וְכֵן יִנְהַג כָּל יְמֵי חַיָּיו", און ווען ער איז נישט קיין אונס זאל ער זען צו לערנען אויף א סדר, יעדן טאג אביסל, ביז ער וועט ענדיגן גאנץ שלחן ערוך, און נאכדעם זאל ער אנהייבן נאכאמאל שלחן ערוך. אזוי זאל מען זיך פירן א גאנץ לעבן.


מאך דיר א שיעור צו לערנען יעדן טאג שלחן ערוך; דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן צוויי שיעורים אין הלכה, איין שיעור אין שלחן ערוך הקטנים - דאס איז "מחבר און רמ"א", און נאכדעם נאך א שיעור אין שלחן ערוך הגדולים - א שיעור אין שלחן ערוך מיט אלע פוסקים וואס זענען געדרוקט ארום דעם שלחן ערוך: טורי זהב, מגן אברהם וכו'. דערפאר זאלסט זיך מאכן צוויי שיעורים, איין שיעור מחבר רמ"א; אנשי שלומינו פירן זיך צו לערנען יעדן טאג מיט טלית ותפילין דרבינו תם אביסל הלכה, דאס פלעגט זיין דער סימן פון א ברסלב'ער חסיד – אז ער האלט אין טלית בייטל א קליינעם 'שלחן ערוך'. און די אנדערע שיעור זאלסטו לערנען לויטן סדר אין שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים ביז הלכה למעשה.


בנוגע לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); וואס זאל איך דיר זאגן, טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב - פרוביר עס אויס, וועסטו זען אז עס איז גוט און עס איז נישט דא קיין בעסערס פון דעם. נעם א משניות און הייב אן זאגן די ווערטער, וועסטו שפירן דאס זיסקייט פון די הייליגע תורה.


דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט דארפן"; דאס זעט מען בחוש, ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, דארף ער שוין גארנישט; ער שפירט א צופרידנקייט אין לעבן, ער לעבט א פרייליכע לעבן. ווען ער האט אפאר איבעריגע מינוט נעמט ער א משניות, א גמרא וכו' און איז גורס פרקים משניות און דפים גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#16 - וועלכע שיחות פון רבי'ן און רבי נתן זענען די ריכטיגע?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, מוהרנ"ת ז"ל, שיחות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ביי די שיעור ווי איר רעדט וועגן דעם ספר "באש ובמים" אז איר ווילט עס נישט ליינען ווייל איר ווילט באקומען נאר הערן שיחות פון רבי'ן און רבי נתן פון איין מקור, פון מוהרא"ש זי"ע.


איך מיין אבער אז דער ספר איז געשריבן אויפ'ן זעלבן וועג ווי דער ספר "פעולת הצדיק", נאר עס איז אויף רבי נתן, עס איז געשטעלט נאר אויף מקורות פון רבע נתן מיט זיינע תלמידים.


נארמאל וואלט איך אייך נישט געשריבן וועגן דעם, וואס דארף איך זיך מישן? אבער דער ספר איז א מורא'דיגע ספר וואס עס איז פשוט א שאד נישט עס צו ליינען.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט יארן צוריק האב איך דורכגעליינט דעם ספר "באש ובמים"; איך האב דארט געזען צוברענגען בשם ר' נתן א ווארט וואס ער האט געזאלט זאגן אויפן הייליגן רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו און איך האב דאס נאכגעזאגט ביי א שיעור. נאכדעם האב איך געזען אין שו"ת ברסלב (סימן תתקכ"ג) ווי איינער פרעגט מוהרא"ש די פאלגענדע שאלה:


"ברצוני לשאול: האם יש שיחה ממוהרנ"ת שאמר על הרה"ק הרבי ר' זושא: 'אי פעם היו קוראים אותו המלמד ..... כעת קוראים אותו "דער הייליגער רבי ר' זושא"?' איך וויל פרעגן אויב איז דא אזא שיחה פון ר' נתן אז ער האט געזאגט: "אמאל האט מען גערופן דעם הייליגן רבי'ן ר' זושא 'דער משוגע'נער מלמד', אבער היינט רופט מען אים 'דער הייליגער רבי זושא'"? און מוהרא"ש ענטפערט אים אזוי: "אני מאד מאד מבקש אותך ומעורר גם את אחרים: צריכים לשמור מאד מאד משיחות בדויות ומצוצות מהאצבע, וזורקים את זה על רביז"ל ועל מוהרנ"ת ז"ל, שהכל שקר וכזב, ובפרט כשזה פתוח נגד התורה הקדושה, ונגד צדיקי אמת, צריכים לדעת שזה שקר וכזב, וגובל גם עם מינות". איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך היטן פון נאכזאגן אויסגעטראכטע שיחות וואס מען האט אויסגעזויגן פון פינגער און מען לייגט דאס ארויף אויפן הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה און אויף זיין הייליגער תלמיד ר' נתן זכרונו לברכה, בפרט ווען דאס איז אנטקעגן די תורה און אנטקעגן הייליגע צדיקים. מען דארף וויסן אז דאס איז שקר וכזב און דאס גרעניצט זיך מיט מינות.


מוהרא"ש באציט זיך צו דעם שיחה בפרטיות, און שרייבט: "השיחה הזו היא שקר וכזב, כי ידוע איך שרביז"ל הפליג במעלת הרב הקדוש הרבי רבי זושא מאנפולי זי"ע, ואמר עליו שבחים גדולים, ואחד מהשבחים 'שעבד את הקדוש ברוך הוא עם תבערת הלב עצומה בפעם אחת עשרים ושתים שנים רצופות וכו''; היינו כי בדרך כלל כשאדם מתחיל להכנס בעבודת השם יתברך הוא נופל בכל פעם וכו', לא כן הצדיק הקדוש הזה - עם ההתלהבות הראשונה, בָּעַר עשרים ושתים שנה וכו'". עס איז באוואוסט אז דער רבי האט זייער אויסגעלויבט דעם הייליגן רבי זושא זכותו יגן עלינו; דער רבי האט געזאגט אויף אים מורא'דיגע שבחים, צווישן זיי - אז ער איז ארום געגאנגען צוויי און צוואנציג יאר ברציפות מיט די זעלבע ברען צום אייבערשטן. ווייל בדרך כלל ווען א מענטש הייבט אן דינען דעם אייבערשטן הייבט מען אן מיט א ברען און נאכדעם פאלט מען אראפ וכו' אבער דער הייליגער צדיק איז ארום געגאנגען מיטן זעלבן ברען פאר צוויי און צוואנציג יאר, "וכן מוהרנ"ת ז"ל הפליג במעלתו, וסיפר שיצא לו פעם ללון לילה אחד עם הצדיק הקדוש הזה באותו חדר, וכשבא חצות לילה זרק את עצמו מהמיטה על הריצפה וצעק לעצמו זושא זושא תקום כבר וכו', את השאר כבר תישן בקבר", אויך פלעגט ר' נתן דערציילן ווי אמאל איז אים אויסגעקומען צו נעכטיגן אין איין אכסניא מיטן הייליגן רבי'ן ר' זושא זכותו יגן עלינו און ער האט מיט געהאלטן זיין עבודה פון דער נאנט, ווען עס איז געווארן חצות האט ער געזען ווי דער הייליגער ר' זושא ווארפט זיך אראפ פון בעט און הייבט אן רעדן צו זיך, ער האט געשריגן: "זושא, זושא! שטיי שוין אויף, עס וועט קומען א צייט וואס דו וועסט קענען שלאפן - אין קבר וועסטו שלאפן, יעצט איז חצות, שטיי אויף דינען דעם אייבערשטן".


שרייבט ווייטער מוהרא"ש: "אזי איך יכולים להמציא שיחות מגונות כאלו על צדיק קדוש ונורא כזה? ולא רק עליו, אלא יש עוד צדיקים קדושים שהיו מאד מאד חשובים בעיני רביז"ל ומוהרנ"ת ז"ל, ואיך יכולים להדפיס שיחות של שקרים, ולתלות את זה עליהם?" ווי אזוי קען מען אויס טרעפן אזעלכע נישט שיינע שיחות אויף אזא הייליגער צדיק, "אין זה שמראה את גריעות מעשי המספרים, ומכל שכן המדפיסים שיחות כאלו נגד צדיקים קדושים שהיו דבוקים לגמרי באין סוף ברוך הוא, אוי להם ואוי לנפשם מי שמעיז לדבר על צדיקים כאלו, ובזה הם מגלים את זוהמת מעשיהם, כמו שכתוב (תהילים נה, כא): "שלח ידיו בשלומיו חלל בריתו", וויי פאר די וואס רעדן אנקעגן די הייליגע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נעמען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער זיך מחי' צו זיין מיט יעדן ווארט, און נישט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער אוועק צו מאכן א צווייטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא), אויפן פסוק (דניאל יב, ב): "וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", זאגט דער רבי: "עַל יְדֵי שֶׁנִּתְעוֹרֵר שֵׂכֶל חָדָשׁ בַּעֲבוֹדַת ה', מַה שֶּׁלֹּא הָיָה נוֹדָע עַד עַתָּה, עַל יְדֵי זֶה 'רַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ', אַך 'אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם', כִּי 'צַדִּיקִים יֵלְכוּ בָם' - שֶׁעוֹבְדִין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַך, 'וּפוֹשְׁעִים יִכָּשְׁלוּ בָם', שֶׁאֵינָם עוֹבְדִין בָּזֶה אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַך, רַק שֶׁעַל יְדֵי זֶה הֵם מְבַזִּין וּמְחָרְפִין אֶת הָעוֹלָם עַל שֶׁהֵם יוֹדְעִין מִזֶּה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ, וְהָעוֹלָם אֵינָם יוֹדְעִין מִזֶּה, וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי - לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, הַיְנוּ לְחָרֵף וּלְבַזּוֹת הָעוֹלָם, כִּי אֵינָם מִשְׁתַּמְּשִׁין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ רַק לְבַזּוֹת וּלְחָרֵף הָעוֹלָם, עַל יְדֵי שֶׁהֵם יוֹדְעִים מִזֶּה, וְהָעוֹלָם הֵם רֵיקִים וַחֲסֵרִים מִזֶּה"; יעדעס מאל עס ווערט באוואוסט א נייע שכל - א נייע דרך אין עבודת השם, איז דא צוויי סארט מענטשן, איינער איז זיך פשוט מחי' מיט יעדן דיבור, מיט יעדע טראפ שכל און מיט יעדע בריוו – "אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם"; און נאכדעם איז דא וואס זיי נוצן נישט די שכל און די ווערטער פונעם בריוו פאר חיי עולם, נאר פאר – "וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", ווי זיי קענען יענעם וויי טון און יענעם אוועק מאכן, יענעם פארציילן וואס מען האט גערעדט פון אים וכו'.


זיי געזונט און שטארק.

#15 - קען מען זיין ערליך און חסידיש, און נאכאלץ הנאה האבן אין לעבן?
חסידות ברסלב, סמארטפאון, בחור, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, איך לערן ב"ה יעדן טאג נאר א דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב אויפגעגעבן מיין סמארטפאון נאר א דאנק א באטע וואס איך בין געווען איינמאל ביים ראש ישיבה פרייטאג צו נאכטס, און איך האב געזען אז מ'קען זיין ערליך און חסידיש, און נאכאלץ הנאה האבן פונעם לעבן. איך האב אלץ געמיינט אז א חסידישע לעבן איז נאר אנגעצויגן און נערוועז און ס'לאזט נישט הנאה האבן אין לעבן.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל מצליח זיין. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יהודה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהודה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה און וואויל איז דיר אז דו האסט אויפגעגעבן דיין סמארטפאון.


דער אייבערשטער זאגט אונז (שיר השירים רבה ה, ג): "פִּתְחוּ לִי פֶּתַח כְּפִתְחוֹ שֶׁל מַחַט", עפן מיר אויף א קליינע טיר אזוי גרויס ווי די לאך פון א נאדל, ווייז מיר אז דו ווילסט זיין גוט, "וַאֲנִי אֶפְתַּח לָכֶם כְּפִתְחוֹ שֶׁל אוּלָם", וועל איך דיר עפענען א גרויסע טיר, איך וועל דיר העלפן זיין גוט; מיט דעם וואס דו האסט אוועקגעווארפן דיין סמראטפאון האסטו געוויזן פארן אייבערשטן אז דו ווילסט זיין גוט, דו ווילסט זיך אפהיטן פון עבירות, וועט דיר דער אייבערשטער באגליקן מיט אלעס גוטס.


וויסן זאלסטו אז נאר דער וואס גייט אויפן וועג פון די תורה האט א גוט לעבן, אן די תורה האט מען נישט קיין לעבן, מען האט נישט די וועלט און נישט יענע וועלט; עס איז א טעות וואס א סאך בני הנעורים מאכן, זיי מיינען אז אן די תורה האט מען די וועלט און דער ערליכע איד האט נאר יענע וועלט; עס איז נישט אזוי, נאר דער וואס גייט נישט מיט די תורה האט נישט די וועלט און נישט יענע וועלט און מיט די תורה, מיט א צדיק, האט מען ביידע וועלטן.


פארוואס זאלסטו טראכטן אז א חסיד'יש לעבן האט מיט נערוועזיקייט און אנגעצויגנקייט, כאילו ערליכע אידן האבן נישט קיין לעבן?! א מענטש וואס זינדיגט אין עבירות אין פגם הברית דער איז נערוועז און אנגעצויגן, ביי אים איז אלעס אויסגעלאשן און טונקל. קוק וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט) ווער עס זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן דער ווערט א נערוועזער מענטש און יעדער ליידט פון אים, ווייל די עבירה ברענגט אריין אינעם מענטש א שטארקע מרירות און מען ווערט זייער דערביטערט רחמנא לצלן.


ביים רבי'ן איז אמאל געווען א מעשה, א איד האט זיך באקלאגט פארן רבי'ן אז זיין בעל הבית שלאגט אים, ער האט געבעטן אויב דער רבי קען רעדן צו אים; ווען יענער איז געקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געפרעגט: "איך האב א קשיא, אפשר קענט איר מיר דאס פארענטפערן; עס שטייט ביי די פרשה פון ער ואונן (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'", פארוואס שטייט "רַע" בְּעֵינֵי ה' - ער איז געווען שלעכט אין די אויגן פונעם אייבערשטן, עס וואלט געדארפט שטיין "רָשָׁע" בְּעֵינֵי ה'? איך וועל דיר ענטפערן - האט דער רבי געזאגט - ווייל ווער עס טוט די עבירה פון ער ואונן, ער איז פוגם בברית, ווערט א 'רַע', - א שלעכטער מענטש; אלע נערוון קומען פון עבירות, עבירות ברענגט אויפן מענטש א נערוועזקייט.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א נואף דורך זיין נאז; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר אז דאס גייט ארויף אויף כעס. איינער וואס איז שטענדיג נערוועז איז א סימן אז ער איז א נואף. דערפאר זאלסטו וויסן אז נערוועזקייט און כעס האט גארנישט צו טון מיט ערליכע אידן; פארקערט, דאס איז דער סימן ווער עס איז אן ערליכער איד, דער וואס היט זיך נישט פון עבירות, ער היט נישט זיינע אויגן, ער קוקט אלע עקעלדיגע שמוציגע אויסגעלאסענע מאוויס דער ווערט א נערוועזער אנגעצויגענער מענטש.


זאלסט זיך ווייטער דרייען ביי ערליכע אידן 'תלמידי היכל הקודש' ברסלב'ער חסידים וואס פאלגן דעם רבי'ן; זיי לעבן מיטן אייבערשטן, זיי זענען שטענדיג פרייליך און אויפגעלייגט און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, דאס וועט משפיע זיין אויף דיר אז דו וועסט אויך אנהייבן לעבן מיטן אייבערשטן, און זיין פרייליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#14 - איך פארשטיי נאכאלץ נישט פארוואס איר וואונטש אן א מענטש מיט גשמיות
התחזקות, חסידות ברסלב, צדיקים, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד מזכה הרבים, הרה"ח רבי יואל ראטה שליט"א,


איך האב ערהאלטן אייער לענגערע תשובה אויף דעם וואס איך האב געפרעגט פארוואס איר וואונטש אן איינעם אז יענער זאל האבן א שיינע הויז און א שיינע קאר, א זאך וואס מ'האט נישט געהערט פון אמת'ע ברסלבע חסידים. איר האט מיר געענטפערט באריכות אז איר האט געקענט אן אמת'ן ברסלבער חסיד, וואס דאס איז געווען מוהרא"ש, און אזוי ווייטער האט איר מאריך געווען אין דעם ענין וואס ס'מיינט אן אמת'ער ברסלבער חסיד.


דאס איז אבער נישט געווען קיין ענטפער אויף מיין שאלה, איך האב פארשטאנען אז איר מיינט צו זאגן אז מוהרא"ש פלעגט יא אזוי אנווינטשן, ואם קבלה היא נקבל, איך וויל אבער נאכאלץ פארשטיין פארוואס מ'זאל אזוי אנווינטשן, דאס איז דען דער ציל פון א איד? אן אמת'ער ערליכער איד דארף נישט ארויסקוקן און האפן אז ער וועט האבן גשמיות און חמריות, ער דארף ווארטן און האפן צו עבודת ה', פארוואס זאלט איר רעדן צו מענטשן מיט אזא שפראך וואס קען אויסזען אזוי ווי די וועלט איז דער עיקר, און נישט יענע וועלט?


א גרויסן יישר כח.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, ווען מען וויל מקרב זיין מענטשן צום הייליגן באשעפער דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט און וואס מען רעדט. אודאי איז דער וועלט נישט קיין עיקר נאר דער עיקר איז זיך אנצוגרייטן אויף יענע וועלט, דער וועלט איז נאר א פרוזדור אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, טז): "הָעוֹלָם הַזֶּה דּוֹמֶה לַפְּרוֹזְדוֹר בִּפְנֵי הָעוֹלָם הַבָּא", די וועלט איז ווי א דורכגאנג פאר יענע וועלט, "הַתְקֵן עַצְמְךָ בַפְּרוֹזְדוֹר, כְּדֵי שֶׁתִּכָּנֵס לַטְּרַקְלִין", מען דארף זיך אנגרייטן אויף די וועלט מיט מצוות און מעשים טובים כדי מען זאל זוכה זיין צו עולם הבא; אבער ווי לאנג א מענטש איז נאך ווייט פון דעם, דארף מען ארום דרייען מיט אים וכו' ביז מען איז זוכה אריין צו שיינען אין אים דעם אמת'ן תכלית.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פא): "וּכְשֶׁהַצַּדִּיק מְדַבֵּר בְּתוֹרָה אוֹ בִּתְפִילָּה, נִקְרָא אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וְהַדִּבּוּרִים שֶׁהוּא מְדַבֵּר עִם הֲמוֹן עַם בְּשִׂיחַת חֻלִּין הוּא נִקְרָא פְּסֹלֶת אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וְלָמָּה מְדַבֵּר שִׂיחַת חֻלִּין? כְּדֵי לְקַשֵּׁר אֶת הֲמוֹן עַם אֶל הַדַּעַת", דער צדיק לאזט זיך אראפ צו פשוט'ע מענטשן, ער שמועסט מיט זיי שיחות חולין כדי ער זאל זיי קענען דורכדעם צוברענגען צום אייבערשטן; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ט.): ווען תלמי המלך האט געבעטן די חכמים זיי זאלן אים אראפ שרייבן די תורה: "נָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בְּלֵב כָּל אֶחָד וְאֶחָד עֵצָה, וְהִסְכִּימוּ כֻּלָּן לְדַעַת אֶחָת, וְכָתְבוּ לוֹ 'אֱלֹהִים בָּרָא בְּרֵאשִׁית'", דער אייבערשטער האט אריין געגעבן פאר אלע חכמים זיי זאלן שרייבן געוויסע ווערטער אנדערש ווי עס שטייט אין די תורה, צום ביישפיל, זיי האבן געשריבן "אלקים ברא בראשית" אנשטאט "בראשית ברא אלקים", ווייל אנדערש וואלט ער דאס נישט פארשטאנען.


עס איז ידוע אז דער רבי האט כסדר געהייסן און געמאנט מען זאל רעדן מיט מענטשן און זיי מקרב זיין צום הייליגן באשעפער, פארציילט ר' נתן (חיי מוהר"ן, סימן שעז): איך האב געהערט פון רבינ'ס ברודער רבי יחיאל זכרונו לברכה, אז ער האט געפרעגט דעם הייליגן רבי'ן וואס מען קען טון אז ווען מען רעדט מיט מענטשן קומט אסאך מאל אויס צו רעדן נארישקייט, ווייל מען קען דאך נישט צו גיין צו א מענטש און גלייך רעדן צו אים פון אלוקות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "הַשָּׂגוֹת אֱלקוּת אִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיג כִּי אִם עַל יְדֵי צִמְצוּמִים רַבִּים", נאר מען דארף שמועסן סתם זאכן פארדעם און נאכדעם וכו' און אינצווישן קען מען רעדן פונעם אייבערשטן, האט אים דער רבי געזאגט: "וויבאלד נאכדעם ברענגט מען אריין אין יענעם אמת'ע דיבורים, איז אלעס כדאי".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן י): מענטשן וואס זענען נאך זייער ווייט פונעם אייבערשטן קען מען נאר מקרב זיין צום אייבערשטן אויף דעם וועג ווי אזוי יעקב אבינו האט אריין געברענגט דעם אייבערשטן אויף דער וועלט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיהו ב, ה): "בֵּית יַעֲקֹב לְכוּ וְנֵלְכָה בְּאוֹר ה'", און יעקב אבינו האט אויף דעם וועג מגלה געווען דעם אייבערשטן אויף די וועלט מער פון די אנדערע אבות הקדושים.


און דער רבי איז דאס מסביר, ביי אברהם אבינו שטייט (מדרש תהלים, פז): "כִּי אַבְרָהָם קְרָאוֹ הַר", אברהם אבינו האט אריין געברענגט אין דער וועלט די אמונה אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און מען דארף זיך צו אים באהעפטן; ער האט אויסגעלערנט אז מען דארף זיך אפשיידן פון דער וועלט. אויב מען וויל זיין אן ערליכער איד דארף מען אפלאזן און נישט האבן קיין שייכות מיט דער וועלט, מען זאל גיין אויף די בערג, זיין אפגעזונדערט פון אלעמען און זיך באהעפטן צום אייבערשטן. די מדריגה איז געווען די מדריגה פון די הייליגע נביאים; זיי פלעגן זיין אפגעשיידט פון מענטשן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף אלישע הנביא (ילקוט שמעוני מלכים-ב, רמז רכח), ער האט געדארפט זיין אפגעשיידט פון מענטשן ווייל ער האט זיך אזוי אויסגעלייטערט אז זיין פנים איז געווארן זייער הייליג און פארכטיג, אזוי ווייט אז ווען טראגעדיגע פרויען האבן אים געזען פלעגן זיי פון רוב פחד פארלירן וכו', זיי פלעגן מפיל זיין די קינדער, דעריבער האט ער געדארפט זיין אפגעשיידט פון מענטשן. ער פלעגט זיך שטענדיג געפונען צווישן די בערג, דארט האט ער געקענט דינען דעם אייבערשטן אן דעם וואס מען זאל אים שטערן, און אזוי אויך אלע נביאים פלעגן זיך געפונען רוב צייט אין די מדבריות.


די מדריגה איז טאקע זייער א גרויסער מדריגה אבער עס האט אויך א חסרון, ווייל נישט יעדער איינער קען זוכה זיין זיך אפצושיידן פון דער וועלט, נישט יעדער איינער קען זיצן טאג און נאכט צווישן די בערג. א מענטש האט דאך א ווייב און קינדער, ער קען זיי נישט אפלאזן. איז געקומען יצחק אבינו וואס ער האט אריין געברענגט דעם מושג פון: "וְיִצְחָק קְרָאוֹ שָׂדֶה", ער האט אריין געברענגט אז מען דארף זיך נישט אינגאנצן אפשיידן פון דער וועלט, מען דארף נישט זיין אויף די בערג, מען קען גיין דאווענען אין פעלד, דאס איז שוין נישט אזוי שווער פאר מענטשן צו טון. מען גייט אביסל ארויס פון שטאט וואס דארט זענען דא פעלדער, און אזוי קען מען זיך באהעפטן צום אייבערשטן.


דאס איז געווען די מדריגה פון די הייליגע תנאים און אמוראים; זיי פלעגן גיין אין די פעלדער און דארט האבן זיי זיך מדבק געווען צום הייליגן באשעפער. אזוי ווי מיר געפונען אין זוהר הקדוש אז די תלמידים פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי פלעגן גיין אין פעלדער און אין היילן וואו זיי האבן געלערנט תורה און זיך צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אבער די מדירגה איז נאך אויך ווייט פון סתם מענטשן, ווייל נישט יעדער איינער קען זיך אפשיידן פון זיין טאג טעגליכער ארבעט און גיין אין פעלד וכו', פאר א גוי איז דאס זיכער נישט געמאכט; אז דו וועסט זאגן פאר א גוי ער זאל גיין אין פעלד וועט ער דיר ענטפערן: "איך בין א חיה?" "וואס זאל איך טון אין פעלד?" א גוי פארשטייט נישט די זאכן, אויב ווייסט ער אז מען קען נאר רעדן צום אייבערשטן און זיין באהאפטן צו אים אין פעלד וועט ער דאס נישט נעמען; איז געקומען יעקב אבינו און מגלה געווען דעם ענין פון: "וְיַעֲקֹב קְרָאוֹ בַּיִת", יעקב אבינו האט אויסגעלערנט מען זאל עוסק זיין אין תפילה אפילו אין שטוב, מען קען זיין אין שטוב און דארט דאווענען, מען קען זיין דבוק צום אייבערשטן און וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער - אין שטוב; בעט דעם אייבערשטן אויף שטוב זאכן, בעט דעם אייבערשטן אויף אלע דיינע געברויכן וואס דו דארפסט האבן.


זאגט דער רבי: "שֶׁהוּא מְקוֹם יִשּׁוּב לִבְנֵי אָדָם יוֹתֵר מִשָּׂדֶה", אין דעם וועג פון יעקב אבינו האט שוין יעדער איינער א געפיל, "כִּי הֶעֱלָה אֶת הַתְּפִילָּה מֵהַר וְשָׂדֶה, לִבְחִינַת בַּיִת", יעקב אבינו האט אויסגעלערנט מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע קלייניגקייט; אזוי ווי ר' נתן האט דערציילט אז ער איז אמאל געקומען צום הייליגן רבי'ן און ער האט דערציילט פארן רבי'ן אז זיין רעקל איז צעריסן, האט אים דער רבי געזאגט: "בעט דעם אייבערשטן אויף דעם" און ר' נתן האט זיך געוואונדערט: 'אויף אזא קלייניגקייט זאל איך בעטן דעם אייבערשטן?!' האט אים דער רבי געזאגט: "אודאי! מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, וואס איז?" - האט אים דער רבי געפרעגט - "עס פאסט דיר נישט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?"


ווען א מענטש וויל א שיינע קאר, ער וויל א שיינע הויז; אויב וועסטו אים זאגן: "דאס איז נישט דער תכלית", וועט ער דיר נישט אויסהערן. דאס איז די סיבה פארוואס זייער אסאך בני נעורים לאזן אפ זייער רצון צו זיין אן ערליכער איד, ווייל פון איין זייט ווילן זיי עולם הזה, אבער מען לערנט מיט זיי אז דאס איז א סתירה מיט זיין אן ערליכע איד; וואס פאסירט? אנשטאט זיי זאלן מחליט זיין: 'מיר לאזן אפ עולם הזה, מיר וועלן גיין אויף די בערג, מיר שיידן זיך אפ פון דעם וועלט', מאכן זיי א פארקערטע החלטה, זיי לאזן אפ זייער רצון צו זיין א צדיק. אבער אז מען לערנט זיי אויס: "וְיַעֲקֹב קְרָאוֹ בַּיִת", דעמאלט שרייען זיי אלע אויס: "לְכוּ וְנֵלְכָה בְּאוֹר ה'".


באמת וויל יעדער מענטש זיין אן ערליכער איד, נאר זיין מח פארנעמט נאך נישט "בראשית ברא אלקים", זיין מח פארנעמט נאך נישט צו זיין אפגעטיילט מזה העולם, דארף מען אים זאגן "אלקים ברא בראשית", מען דארף מיט אים לערנען אזוי ווי שיטת בית הלל (שבת לא.) ווי ער האט זיך אפגעגעבן מיט די גוים ווען זיי זענען געקומען מיט זייערע קטנות און משוגעת'ן וכו'; ער האט זיי געזאגט: "מען קען לערנען כל התורה כולה ווי לאנג מען שטייט אויף איין פיס", "מען קען זיך מגייר זיין און ווערן א כהן גדול", "מען קען לערנען נאר תורה שבכתב אן תורה שבעל פה". אבער לכאורה, ווי קען מען לערנען כל התורה כולה ווי לאנג מען שטייט אויף איין פוס? און קען דען א גר ווערן כהן גדול? מען האט זיכער פארגעהאלטן הלל הזקן היתכן ער זאגט פארן גוי ער זאל זיך מגייר זיין און ער וועט ווערן כהן גדול; קען מען דען לערנען תורה שבכתב אן תורה שבעל פה? אבער הלל הזקן האט אונז געלערנט ווי אזוי מען דארף זיך אראפ לאזן צו יעדן איינעם און אריין לייגן אין יעדן סארט מענטש אז עס איז דא א באשעפער, ביז זיי וועלן אליינס אוועק ווארפן זייערע נארישקייטן.


גלייב מיר, מען קען צוריק ברענגען אלעמען צום אייבערשטן; אנשטאט זאגן פאר א מענטש אז עולם הזה איז נארישקייט, זאג אים: "אויב דו וועסט לערנען און דאווענען, וועסטו האבן א שיינע קאר און א שיינע הויז".


מען זעט ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן עוסק געווען מקרב צו זיין אידישע קינדער, זיי האבן גענוצט עולם הזה צו משכנע זיין אז מען זאל אנהייבן לערנען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (בבא מציעא פה.): אז דער הייליגער תנא רבי אלעזר בן רבי שמעון האט געהאט א זון וואס איז נישט געווען אזוי ערליך, נאך זיין פטירה איז רבינו הקדוש געגאנגען און ער האט געוואלט צוריק ברענגען זיין זון צום אייבערשטן; רבינו הקדוש האט אים אפגעגעבן כבוד, ער האט אים גערופן 'רבי' און ער האט געלערנט מיט אים, אבער ער האט נישט געוואלט לערנען תורה, ער האט יעדן טאג געמוטשעט אז ער וויל שוין אוועק גיין פון ישיבה, האט אים רבי געזאגט: "איך פארשטיי דיר נישט, 'חַכִּים עֲבַדוּ יָתָך', אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה וועסטו ווערן א חכם, 'וְגוּלְתָא דְדַהֲבָא פְּרַסוּ עֲלָך', מען וועט דיר אנטון מיט טייערע קליידער, יעדער וועט דיר מכבד זיין 'וְרַבִּי קָרוּ לָך', מען וועט דיר רופן רבי, 'וְאַתְּ אָמְרַת לְקִרְיָיתִי אֲנָא אֵיזֵיל?' און נאך אלץ ווילסטו נישט לערנען?!" אזוי האט ער אים משכנע געווען און ער איז געבליבן אין ישיבה ביז ער איז געווארן דער הייליגער רבי יוסי בן ר' אלעזר בן ר' שמעון; זעט מען פון דעם אז מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט מענטשן ווען מען וויל זיי מקרב זיין צום אייבערשטן.


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן וואס לאזט זיך אראפ צו אונז און ער שפילט זיך מיט אונזערע משוגעת'ן, אבי אונז מקרב צו זיין צום אייבערשן.


דער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "וְהַכְּלָל כִּי צָרִיך כָּל אָדָם לְבַקֵּשׁ וּלְחַפֵּשׂ מְאֹד מְאֹד אַחַר רֶבִּי אֲמִתִּי הַגָּדוֹל בְּמַעֲלָה מֻפְלֶגֶת מְאֹד שֶׁיוּכַל לְהָאִיר בּוֹ הַשָֹגוֹת אֱלֹקוּת", מען דארף זוכן און בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו טרעפן א צדיק וואס קען אין מיר אריין שיינען געטליכקייט, איך זאל אויך שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ווייל: "הַשָּׂגוֹת אֱלקוּת אִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיג כִּי אִם עַל יְדֵי צִמְצוּמִים רַבִּים", מען דארף אסאך ארומדרייען מיט א מענטש ווי לאנג מען קען אין אים אריין שיינען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס ער איז מחיה ומהוה אלעס, אלעס אויף דער וועלט איז ער אליינס, ער איז באהאלטן אין דומם צומח חי מדבר און עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויף דער וועלט אויסער אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן און וויסן אז אלעס אויף דער וועלט איז נאר א פארשטעלאכטץ פונעם אייבערשטן און אלעס איז א לבוש פארן אין סוף ברוך הוא. דעמאלט איז נישט שייך צו זאגן אז דאס איז מותרות.


איך חזר דיר איבער נאכאמאל וואס איך האב דיר שוין געשריבן: "מותרות איז טייטש ווען מען לעבט אן דעם אייבערשטן; דעמאלט איז אלעס איבעריג, אבער ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס ער האט קומט פונעם אייבערשטן, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און אויף אלעס וואס ער האט, דעמאלט איז נישטא קיין מותרות. אזוי אויך פארקערט; ווען א מענטש לעבט נישט מיטן אייבערשטן איז א גרויס רחמנות אויף אים, ער האט נישט דער וועלט און נישט יענער וועלט".

#13 - מ'וויל נישט ארייננעמען מיינע קינדער וועגן ברסלב, פארוואס איז ברסלב אזוי פארשעמט?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים וואס זענען מיר אזוי שטארק מחזק און האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


אזוי ווי מיין טאכטער דארף שוין אנהויבן גיין אין שולע האב איך איר איינגעשריבן אין מוסדות ..., איך האב אבער באקומען אן ענטפער אז דאס יאר נעמען זיי נישט אן קיין ברסלבע חסידים אין אלע זייערע מוסדות איבער גאנץ ארץ ישראל, כאטש וואס סיי איך און סיי מיין ווייב באלאנגען צו די חסידות. זיי האבן אויפגעשטעלט א ספעציעלע וועד נישט אנצונעמען קיין ברסלבע.


דאס טוט מיר זייער וויי, איך בין אנגעקומען קיין ברסלב נאר צו נעמען חיזוק אויף עבודת ה' און צו זיין מער ערליך, פארדעם האב איך ממש נישט געעפנט קיין אידיש ספר און איך האב נישט געדאווענט, און היינט ב"ה לערן איך יעדן טאג משניות, איך גיי יעצט ענדיגן ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל, איך לערן יעדן טאג גמרא און נ"ך, איך בין מעביר סדרה און איך זאג תהלים, מיין גאנצע רוחניות איז געווארן גאר אנדערש און פיל בעסער זייט איך בין אנגעקומען קיין ברסלב, און אויך מיין שלום בית האט זיך זייער געטוישט צום גוטן.


איך קען ממש נישט פארשטיין פאר ברסלב איז אזוי פארשעמט און אפגעפרעגט, אזוי ווייט אז מ'וויל נישט אננעמען מיינע קינדער ווייל איך דריי זיך אין ברסלב.


יישר כח פאר אלעס.


מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מענדל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט פארוואס ברסלב איז אזוי פארשעמט; ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון ארץ ישראל האט ער געזאגט: "איך האב ענק געברענגט א מתנה 'מחלוקת'; פון היינט אן וועט מען קריגן אויף מיר". און אזוי איז טאקע געווען, עס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן א מחלוקת אויפן רבי'ן וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג.


פארוואס טאקע האט דער רבי אונז געברענגט אזא מתנה? עס פעלט דען גוטע מתנות וואס צו געבן? וואס איז די גרויסקייט פון מחלוקת אז דער רבי רופט דאס אן 'א מתנה'? נאר ווען א מענטש דינט דעם אייבערשטן און ער גרויסט זיך מיט זיין עבודת השם, ער גייט ארום מיט גאווה וכו' - פאלט מען אראפ פון אלע מדריגות רחמנא לצלן. אזוי ווי דער הייליגער בעל דגל מחנה אפרים זכותו יגן עלינו האט דערציילט, אז ווען ער איז געווען א קינד און ער איז געזעצן אויפן שויס פון זיין זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, האט ער געהערט ווי דער הייליגער בעל שם טוב זאגט אויף זיך: "דא זיצט א איד וואס הערט תורה - נישט פון קיין מלאך, נישט פון קיין שרף, נישט פון אליהו הנביא, נאר פונעם אייבערשטן אליין און איך האב מורא איך זאל נישט אראפ פאלן יעדע סקונדע אין נוקבא דתהומא רבא פון גאות און יישות וכו'"; ווייל אז מען גרויסט זיך חס ושלום מיט די תורה און תפילה וכו' קען מען אלעס פארלירן. דאס האט דער רבי געמיינט מיט דעם מתנה וואס ער האט אונז געברענגט, אז מען וועט שפעטן פון אונז.


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך; אז א בחור'ל דאווענט אין ביהמ"ד מיט א געשמאק, ער דאווענט אין א סידור און ער רעדט נישט אויס ביים דאווענען וכו', אדער א אינגערמאן וואס פירט זיך אויף שיין ביי די ארבעט, ער רעדט איידל, ער שעלט נישט ווען עפעס גייט אים נישט, ער איז מקפיד צו דאווענען שחרית מנחה מעריב, ער לויפט ארויס אינמיטן ארבעטן כאפן א מנחה – קוקט אים יעדער ארויף, מען פרעגט שטילערהייט: "ווער איז דער בחור'ל?" "ווער איז דער אינגערמאן?" אבער ווי וואונדערליך איז אויב מען ווערט געוואר אז ער דרייט זיך ביים רבי'ן און ער נעמט זיין חיות פון רבי'ן, דעמאלט קוקט מען שוין מיט א ביטול אויף אים און דער גאנצער גלאנץ פאלט אוועק.


דער ס"מ האט זייער פיינט דעם הייליגן רבי'ן ווייל דער רבי מאכט אים קאליע זיין ביזנעס; דער ס"מ נעמט א מענטש און רעדט אים איין אז ער איז שוין פארפאלן און אז דער אייבערשטער דארף אים נישט צוליב זיינע עבירות. ער ברענגט אים כל מיני ראיות אז ער איז שוין פארפאלן, ער ברענגט ראיות פון זוהר הקדוש (וישב קפח; ויחי ריט): וואס דער זוהר הקדוש זאגט, "מַאן דְאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַּנְיָא חַס וְשָׁלוֹם, אֵין מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", ווער עס איז פוגם בברית ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן העלפט נישט קיין תשובה; און וואס טוט א מענטש ווען ער הערט אז עס העלפט אים שוין נישט קיין תשובה? ער ווערט אינגאנצן מיואש און ער הערט אויף לערנען און דאווענען וכו' וכו'. דאס אלעס איז מעשה בעל דבר וואס וויל אויסרייסן דעם מענטש פון דער וועלט און פון יענע וועלט, קומט דער הייליגער רבי און זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "שֶׁאֵין הַדָבָר כֵּן, רַק עַל הַכֹּל מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", עס איז נישט אזוי, נאר אויף יעדע זאך העלפט תשובה, "וְאָמַר, שֶׁבָּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשַׁט, רַק הוּא לְבַד", און דער רבי האט געזאגט אז אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט קיינער נישט פשט, נאר ער אליין; דאס איז פארוואס דער ס"מ האט זיך גענומען אויף אלע צדיקים בכלל און אויפן רבי'ן בפרט, ווייל דער רבי שלאגט זיך מיט אים, דער רבי נעמט נשמות וואס דער ס"מ האט שוין לאנג ביי זיך אין קעשענע, ער כאפט זיי ארויס פון דארט און ברענגט זיי צוריק צום אייבערשטן.


די אלע וואס קריגן אויף ברסלב האבן נישט קיין אנונג וואס ברסלב איז; זיי ווייסן נישט וואס זיי ווייסן נישט. ווען זיי וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז וואלטן זיי נישט געקריגט, אדרבה, זיי וואלטן ווען אויך געקומען נעמען חיזוק פון רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָֹה כַּך כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגט מען נישט, נאר זיי קריגן אויף אזא איינעם וואס האט געטון דאס וואס זיי זאגן אויף מיר אז איך האב עס געטון און אויף אזא איינעם דארף מען טאקע קריגן.


די גאנצע מחלוקת אויף ברסלב איז מעשה בעל דבר וואס ער האט זייער מורא פון רבי'ן; ער ווייסט אז ווי נאר מען וועט הערן דעם רבינ'ס עצות און חיזוקים איז אויס וועלט, אלע וועלן אפלאזן זייערע נארישקייטן און אלע וועלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דער רבי האט א וועג פאר יעדן איינציגסטן איד צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי האט א שפראך צו אלע געפאלענע נשמות, און דאס איז די סיבה פארוואס דער ס"מ האט זיך אזוי פארלייגט אויפן רבי'ן.


ר' נתן איז אמאל אריין געקומען צום רבי'ן און געזען ווי דער רבי וויינט זייער שטארק, דער רבי האט זיך אנגערופן פאר ר' נתן: "אזאנס אויס צו טראכטן אויף מיר, אז איך בין פון יענעם כת רחמנא לצלן?" ר' נתן האט נישט געקענט צוקוקן ווי דער רבי וויינט, איז ער אוועק געגאנגען. ר' נתן האט שפעטער פארציילט אז דעמאלט האט ער נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט, וואס גייט אן דעם רבי'ן וואס יענער זאגט? אבער שפעטער ווען דער רבי איז אוועק פון דער וועלט און ר' נתן האט געוואלט אריין ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט און עס האט זיך אנגעפאנגען א שרעקליכע התנגדות, מען האט גע'רודפ'ט ר' נתן מיט שרעקליכע רדיפות, האט ר' נתן געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער רבי האט אזוי געוויינט, נישט ווייל יענער האט גערעדט אויף אים, נאר דער רבי האט געוויינט ווייל ער האט געזען אז דורך די מחלוקת און דורך די לשון הרע וואס מען רעדט אויף אים, וועלן מענטשן נישט מקורב ווערן צו אים און עס וועט זיין זייער שווער אריין צו ברענגען אין מענטשן די ליכטיגע עצות".


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט טרעפען א גוטע מוסד פאר דיינע קינדער, זאג פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן א גוטע חדר און א גוטע שולע פאר מיינע קינדער. מען וויל נישט אננעמען מיינע קינדער אין ... מוסד נאר ווייל איך פאר קיין אומאן אויף ראש השנה און ווייל איך בין מיך מחי' ומחזק מיט די ברסלבע ספרים; הייליגער באשעפער, פארוואס פאר איך אויף אומאן, פארוואס בין איך געקומען קיין ברסלב? נאר ווייל די ספרים און די דיבורים מאכן מיר אויף מיינע אויגן איך זאל לעבן מיט דיר און איך זאל זיך פרייען מיט די מצוות וואס איך טו. זייט איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט זיך מיין לעבן אינגאנצן געטוישט לטובה; איך לערן יעדן טאג, איך דאוון יעדן טאג שחרית מנחה מעריב, און מיין גאנצע שלום בית האט זיך מיר געטוישט צום גוטן.


הייליגער באשעפער, פארוואס איז דער רבי אזוי פארשעמט? פארוואס פארשעמט מען מיר? וואס האב איך שוין געטון אז מען וויל נישט אננעמען מיינע קינדער? זיי ווילן נישט אריין נעמען מיינע קינדער ווייל איך בין זיך מחי' ומחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ספרים; איך בעט דיר באשעפער, העלף מיר איך זאל אטרעפען א גוטע מוסד פאר מיינע קינדער".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן א גוטע מוסד פאר דיינע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן און דו זאלסט זען פון זיי אידיש נחת, אמן.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט געטראפן פאר זיי א גוטער מוסד.

#12 - ביי אמת'ע ברסלבע חסידים האט מען דען געהאט מותרות?
חסידות ברסלב, מוהרא"ש, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין א בריוו ווי איר שרייבט אז "מותרות" מיינט נישט קיין איבריגע זאכן און לוקסוס, נאר זאכן וואס זענען נישט מקושר צום אייבערשטן.


איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם גאנצן בריוו, אבער דער חלק איז מיר א גרויסער חידוש, האט איר דאס געזען ערגעץ וואו אינעם רבינ'ס ספרים?


איך וואונדער זיך אז איר ענדיגט דעם בריוו מיט א ברכה אז ער זאל האבן א שיינע קאר און א שיינע הויז, האט איר געהערט אמאל אזא סארט ברכה ביי איינע פון די אמת'ע ברסלבע חסידים?


אין ליקוטי הלכות שרייבט רבי נתן אסאך מאל איבער די שלעכטקייט פון האבן שיינע הייזער (עיין הל' הודאה ה"ו אות מ"ב ואות ס"ז, והל' קידושין ה"ג אות ד'), פארוואס זאגט איר אז דאס איז נישט קיין מותרות?


יישר כח פאר אלעס, און הצלחה מרובה.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ב' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט צי איך האב שוין געהערט אמאל ביי איינע פון די "אמת'ע ברסלב'ער חסידים" אזא סארט ברכה; קודם וויל איך דיר פרעגן וואס הייסט ביי דיר אן: "אמת'ער ברסלב'ער חסיד?"


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב געקענט אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד", וואס פלעגט געבן די סארט ברכות; דער "אמת'ער ברסלב'ער חסיד" האט געשריבן איבער זיבעציג טויזנט בריוו בחיים חיותו פאר צעבראכענע הערצער, זיי מחזק געווען און געברענגט נאנט צום אייבערשטן. דער אמת'ער ברסלב'ער חסיד פלעגט ווינשן אז אויב מען וועט מקיים זיין וואס דער אייבערשטער זאגט וועט מען זוכה זיין צו א שיינע לעבן, אויב מען וועט אכטונג געבן אויף מצות מזוזה וועט מען זוכה זיין צו א שיינע הויז, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "הַזָּהִיר בִּמְזוּזָה, זוֹכָה לְדִירָה נָאֶה", ווער עס געבט אכטונג מקיים צו זיין מצות מזוזה וועט זוכה זיין צו א שיינע הויז. אזוי אויך, אויב מען וועט זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן און מען וועט עסן מיט דרך ארץ, וועט מען זוכה זיין צו א שיינע דירה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן יט): "מִי שֶׁמְּשַׁבֵּר תַּאֲוַת אֲכִילָה, זוֹכֶה לְדִירָה נָאָה", ווער עס צעברעכט זיין תאות אכילה וועט זוכה זיין צו האבן א שיינע הויז.


מענטשן מיינען אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיין א ספעציעלער סארט באשעפעניש וואס וואוינט ביים עק שטאט מיט צעבראכענע פענסטער אין א הויז וואס איז האלב איינגעזינקן אין דער ערד, אן קיין מעבל, און פאר א טיש נוצט מען א פאס מיט א לאקשן ברעט וכו' וכו'; דער טעות איז נישט קיין נייע טעות, דער רבי רעדט נאך פון דעם.


ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל האט ער זיך געטראפן מיט זייער גרויסע צדיקים, צווישן זיי - הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו; מיט רבי יעקב שמשון משפיטובקה זי"ע; רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זי"ע און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון דער וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף דער וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישט דא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


ר' נתן זכרונו לברכה זאגט, אז דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד. עיין שם).


זעט מען פון דא אז מען קען גארנישט זען פון אינדרויסן; א מענטש קען אויסקוקן פון אינדרויסן ווי א פשוט'ער מענטש אבער אינעווייניג איז ער דבוק צום אייבערשטן, ער טראכט פונעם אייבערשטן און ער רעדט צום אייבערשטן א גאנצן טאג - דאס קען קיינער נישט וויסן און קיינער נישט זען. און אזוי אויך פארקערט, מען קען שרייבן טיטלן אויף מענטשן: "מנקיי הדעת שבירושלים", אבער קיינער ווייסט נישט צי ער האט טאקע א ריינע דעת אדער זיין דעת איז פיל מיט מותרות און צואה, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים נד:): "אֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּלִבּוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ", צווישן די זאכן וואס זענען פארהוילן פון די בריאה איז אז קיינער ווייסט נישט וואס דער צווייטער טראכט.


אין הימל קוקט מען גאר אנדערש אויף א מענטש ווי מען קוקט דא; דער הייליגער ר' נתן פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (איוב ג, יט): "קָטֹן וְגָדוֹל שָׁם הוּא", דארט ווייסט מען ווער עס איז גרויס און ווער עס איז קליין; מען זעט אמאל אז עס רעש'ט זיך דא מיט איינעם, מען קען מיינען ווער ווייסט וואס יענער איז, אבער אויבן אין הימל ווייסט מען ניטאמאל פון יענעם. ווידער איז דא פארקערט אויך, עס קען זיין א מענטש וואס קיינער ווייסט נישט פון אים און מען מאכט נישט פון אים קיין שום טראסק, אבער אויבן אין הימל איז ער זייער חשוב - ווייל ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער רעדט צום אייבערשטן און ער פארציילט פארן אייבערשטן יעדע זאך וואס באדערט אים; דאס איז חשוב אויבן אין הימל.


נחזור לענינינו ווער עס איז דער "אמת'ער ברסלב'ער חסיד"; אזא איינער וואס פאלגט דעם הייליגן רבי'ן. ווייל כל זמן מען איז נישט מקיים וואס דער הייליגער רבי זאגט האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן, אפילו מען פאררופט זיך אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד"; "עכטע ברסלב'ער חסיד"; ברסלב'ער עובד", וכו' וכו'.


לאמיר אריין קוקן אינעם רבינ'ס ספרים וואו מיר קענען זעהן וואס דער רבי האט געוואלט פון אונז. ר' נתן זכרונו לברכה שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה, איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ, 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן"; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער "אמת'ער ברסלב'ער חסיד" האט זיין גאנצע לעבן פארשפרייט אמונה פאר אידישע קינדער און ער האט נישט גערוט קיין איין טאג אין זיין לעבן. ער האט געדרוקט דעם רבינ'ס ספרים אין די הונדערטער מיליאנען און עס איז אים געגאנגען אין לעבן צוריק צו ברענגן די גאנצע וועלט צום אייבערשטן. די אלע וואס רופן זיך 'אֶחְטֶא בְּרֶסְלֶב'עֶר' האבן אים גע'רודפט זיין גאנץ לעבן; מען האט אלע יארן געזאגט: "דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך"; די זְקֶעינִים האבן געשריבן כתבי פלסטר אויף דעם "אמת'ער ברסלב'ער חסיד", אבער ער האט נישט געקוקט אויף קיינעם; ער האט געקוקט אויף ר' נתן זכרונו לברכה - ווי אזוי ער האט זיך מוסר נפש געווען צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אויף די גאנצע וועלט.


די סארט ברכות געפונען מיר אויך אין די הייליגע תורה; דער אייבערשטער זאגט צו אז אויב מען וועט מקיים זיין וואס שטייט אין די תורה בענטשט די תורה "די סארט ברכות". מיר זאגן דאס יעדן טאג ביי קריאת שמע (דברים יא, יג): "וְהָיָה אִם שָׁמֹעַ", אויב די אידן וועלן גיין אין די וועגן פונעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער געבן רעגן, עס וועט וואקסן אסאך תבואה און מען וועט האבן שפע – "וְאָכַלְתָּ וְשָׂבָעְתָּ וכו'"; אזוי אויך זאגט די תורה (ויקרא כו, ג): "אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ" - וועט זיין גוט בגשמיות.


ווען מען לערנט נ"ך – דעם רבינ'ס מוסר ספר – זעט מען ווי דער נביא געבט אויך די סארט ברכות; דער נביא זאגט פאר די אידן: "אויב וועט איר גיין מיטן אייבערשטן וועט אייך גוט זיין".


איך האב אביסל מאריך געווען כדאי קלאר צו מאכן וואס איז אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד"; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב): ווען מען קומט צום צדיק פאלט אויפן מענטש א שפלות; דער מענטש הייבט אן טראכטן 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', און ווען מען לעבט מיט אזא אמונה ווערט דער מענטש בטל ומבוטל צום אייבערשטן, ווייל ער ווייסט אז יעדע זאך וואס ער האט און וואס ער טוט קומט פונעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה כז, ב): אויפן פסוק (איוב מא, ג): "מִי הִקְדִּימַנִי וַאֲשַׁלֵּם", דער אייבערשטער פרעגט: "ווער האט מיר געפעדערט פאר איך האב אים קודם געגעבן; "מִי קִילֵּס לְפָנַי עַד שֶׁלֹּא נָתַתִּי לוֹ נְשָׁמָה וְכוּ'", ווער קען מיר דען לויבן אן דעם וואס איך זאל אים האבן געגעבן קודם א נשמה? "מִי עָשָׂה לִי מַעֲקֶה עַד שֶׁלֹא נָתַתִּי לוֹ גַּג, מִי עָשָׂה לִי מְזוּזָה עַד שֶׁלֹא נָתַתִּי לוֹ בַּיִת וְכוּ'", ווער קען מקיים זיין מצות מעקה און מצות מזוזה פאר איך האב אים געגעבן א הויז? עיין שם; דאס איז אן ערליכער איד - ער לעבט מיטן אייבערשטן; ביי אים איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער. דאס לערנט אונז דער רבי: מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן; און דאס איז דער סימן צו א מענטש איז אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד", אויב פאלט ארויף אויף אים שפלות, און דאס קען מען נישט זען פון אינדרויסן.


מיר האבן געהאט די זכיה אז דער "אמת'ער ברסלבער חסיד" איז געקומען אין ישיבה געבן שיעורים פאר די בחורים, ער פלעגט זאגן שטענדיג פאר די בחורים: "אויב וועט איר לערנען אסאך משניות אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד, אזוי ווי א "אמת'ער ברסלבער חסיד" פירט זיך, וועט איר האבן אלעס גוטס סיי ברוחניות און סיי בגשמיות; איר וועט האבן שיינע קארס, שיינע הייזער און איר וועט לעבן א חיים טובים".


דער "אמת'ער ברסלבער חסיד" פלעגט שטענדיג חזר'ן אז מותרות איז טייטש ווען מען לעבט אנעם אייבערשטן, דעמאלט איז אלעס איבעריג. אבער ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס ער האט קומט פונעם אייבערשטן, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און אויף אלעס וואס ער האט, דעמאלט איז נישטא קיין מותרות. און פארקערט אויך, ווען א מענטש האט אן אלטע צעבראכענע הויז ביים עק שטאט מיט צעבראכענע פענסטערס, אויב לעבט ער נישט מיטן אייבערשטן איז א גרויס רחמנות אויף אים, אז ער האט נישט דער וועלט און נישט יענער וועלט.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן בזה העולם, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, איר זאלט זיך נישט לאזן נארן ווייל די וועלט נארט אייך; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן און מיר זאלן שטענדיג געדענקען וואס דער רבי וויל פון אונז. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "מיין גאנצע נחת און תענוג איז ווען איך זע ווי מיינע תלמידים פירן זיך מיט יראת שמים און דינען דעם אייבערשטן. איך האב אלעס מפקיר געווען; מיין לעבן, מיין ווייב און מיינע קינדער - אלעס נאר פאר ענק".


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיר נישט; ווייל ווען עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר - און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס וועט ער זייער חרטה האבן, טראכטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - מעג מען אויסרעדן אינמיטן זאגן תיקון הכללי?
חסידות ברסלב, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'מעג אויסרעדן אינמיטן זאגן תיקון הכללי, און אויב מ'טאר נישט וואס מ'זאל טון אויב מ'האט יא  אויסגערעדט.


יישר כח פאר אלעס.


בערל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא – החודש, כ"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד בערל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע איז מען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי" אין איין צי אן אויסרעדן; עס נעמט נישט אזוי לאנג צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים אז מען זאל זיך נישט קענען צוריק האלטן פון אויסרעדן. עס נעמט בערך זעקס זיבן מינוט, דעריבער פארשטיי איך נישט וואס איז אזוי שווער צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים אין איין צי... אויב הערט מען קדיש אדער קדושה אינמיטן זאגן "תיקון הכללי" דארף מען אוודאי ענטפערן וכו'; דעריבער איז גוט מען זאל דאס זאגן ביים סוף דאווענען נאך עלינו צוזאמען מיט די גאנצע מנין.


מוהרא"ש האט איינגעפירט אז מען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי" גלייך נאכן דאווענען צוזאמען מיט א מנין; וואויל איז פאר דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות, ער זאגט דעם תיקון הכללי יעדן טאג וועט ער זוכה זיין צו אלע ישועות; צו רפואות, פרנסה און צו תשובה שלימה.


מיר דארפן לויבן דעם הייליגן באשעפער פאר די חסד וואס ער האט מיט אונז געטון אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך פאר אונז, אז מיר זאלן זוכה זיין צו האבן א תיקון אויף אונזערע מעשים.


דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען דעם "תיקון הכללי", אויף וואס ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז דער "תיקון הכללי" איז א תיקון גמור אויף פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. ווי אויך האט דער רבי געזאגט אז אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער – האט דער רבי אויסגעפירט - מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון.


"דאס ערשטע איז מקוה" - האט דער רבי געזאגט; מקוה נעמט אראפ אלע שמוץ וואס האט זיך אנגעקלעבט אויפן נשמה דורך די עבירות. אויך האט דער רבי געזאגט אז אפילו איינער וואס קען נישט גיין אין מקוה; א חולה, א אונס, אדער איינער וואס איז אונטערוועגנס זאל אויך זאגן דעם "תיקון הכללי", ווייל דאס איז א תיקון פאר אלע עבירות (שיחות הר"ן, שם).


דער רבי האט געזאגט: איך בין זייער שטארק אין אלעס וואס איך זאג אבער אין דער זאך פונעם "תיקון הכללי" בין איך גאר שטארק; אז די צען קאפיטלעך תהילים - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ - העלפט זייער שטארק דעם מענטש און דאס איז א תיקון בכלליות אויף אלע עבירות. איך בעט אייך אלעמען מען זאל דאס מפרסם זיין און פארשפרייטן פאר יעדן איינעם (שיחות הר"ן, שם).


נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, שם): "עס איז נישט קיין שווערע זאך צו זאגן צען קאפיטלעך תהילים; אבער וויבאלד איך האב דאס געהייסן זאגן וועט עס אנקומען זייער שווער". און ר' נתן זכרונו לברכה פירט אויס די שיחה: "וְכֵן נִתְקַיֵּם עַתָּה בַּעֲווֹנוֹתֵנוּ הָרַבִּים שֶׁמֵּחֲמַת רִבּוּי הַמַּחֲלֹקֶת רוֹב הֶהָמוֹן עם רְחוֹקִים מְאֹד לְקַיֵּם זֹאת".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אוועק צו ווארפן אונזערע חכמות און מקיים זיין די ווערטער פון הייליגן רבי'ן; מיר זאלן זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי", אזוי וועלן מיר מתקן זיין אלעס וואס מיר דארפן פארעכטן.


 

#10 - קענט איר מיר געבן חיזוק אויף לימוד התורה, און איך וויל וויסן וועגן תכלת
חסידות ברסלב, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די פילע התחזקות וואס איר געבט פאר מיר און פאר גאנץ כלל ישראל. ב"ה איך גיי אין די וועגן פונעם הייליגן רבי'ן שוין א יאר און א האלב, איך לעב מיט די עצות און איך האב שוין זוכה געווען מחזק צו זיין נאך אידן מיט די עצות.


איך בין א בחור פון 15 יאר וואס פון ווען איך האב אנגעהויבן לערנען גמרא אין חדר האב איך שוין זייער ווייניג געלערנט, און ב"ה דעם פארגאנגענעם זומער האב איך אנגעהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, און היינט בין איך ב"ה מעביר סדרה יעדן טאג, אויך לערן איך א פרק משניות און א דף גמרא, ווי אויך על פי רוב 2 פרקים נ"ך, און אביסל ספר המידות, און פארשטייט זיך אסאך התבודדות. איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה אויב איר קענט מיר שיקן א בריוו פון הדרכה והתחזקות און א סדר היום.


דרך אגב האב איך געוואלט וויסן וועגן תכלת אויף ציצית, מיט צוויי וואכן צוריק בין איך געווען ביים ראש ישיבה אין ישיבה מיט מיין טאטע און איך האב באמערקט אז דער ראש ישיבה און טייל פון די בחורים האבן געטראגן תכלת, וויל איך וויסן צי דאס האט מוהרא"ש געטון און צי ער האט געוואלט זיינע תלמידים זאלן דאס טון, און אויך וואס איז די סיבה פון דעם.


 יישר כוח אויף אלעס און א גוטע וואך.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור שמעון נרו יאיר


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו נעמסט התחזקות פון הייליגן רבי'ן אויף לעובדא ולמעשה; דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה.


שטארק דיך בלימוד משניות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת"; קען מען זאגן אז יעדער איינער קען זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע גלות בזכות וואס ער לערנט משניות. מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש, מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", דאס איז ראשי תיבות 'משנ"ה'; אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.


בפרט א בחור וואס דער יצר הרע האלט אים אין איין מכשיל זיין אין פגם הברית; וויפיל ער וויל זיין גוט און ער מאכט פעסט אפ ביי זיך אז ער גייט שוין מער נישט טון קיין נארישקייטן, מיט דעם אלעם האלט זיך דער יצר הרע אין איין מתגבר זיין אויף אים, ער ווארפט אים אראפ אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאות זרע לבטלה, דארף ער לערנען אסאך משניות.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות. אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


זיי נישט קיין בטלן און נוץ אויס דיינע יונגע יארן; וואס מען לערנט אין די יונגע יארן דאס בלייבט אויף א גאנץ לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כ): "הַלּוֹמֵד יֶלֶד לְמַה הוּא דוֹמֶה, לִדְיוֹ כְתוּבָה עַל נְיָר חָדָשׁ". קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.


בענין וואס דו פרעגסט וועגן תכלת; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט צו גיין מיט תכלת ווייל ר' אברהם ב"ר נחמן זכרונו לברכה איז געגאנגען מיט תכלת. ער האט געהאט א קבלה פון זיין טאטע ר' נחמן טולטשינער - א תלמיד פון ר' נתן, וואס האט געהערט פון ר' נתן אז ווען דער רבי האט געזאגט: "פון מיר ביז משיח וועט נישט זיין קיין נייעס", האט דער רבי געגעבן א קרעכץ און זיך אנגערופן: "אה תרחם, אה תרחם"; דעמאלט האט מען נישט פארשטאנען וואס דער רבי מיינט מיט דעם "אה תרחם", אבער שפעטער ווען דער גרויסער צדיק דער ראדזינער רבי זכותו יגן עלינו האט אנפלעקט די תכלת אין יאר תרח"ם האט זיך ר' אברהם ב"ר נחמן ז"ל געטראפן מיט אים און דערביי אנגענומען די ענין פון גיין מיט תכלת. פארשטייענדיג אז דאס האט דער רבי געמיינט מיט דעם "אה תרחם", און אלע וואס זענען געגאנגען מיט ר' אברהם ז"ל האבן אנגעהויבן גיין מיט תכלת.


א ברסלב'ער חסיד איז איינער וואס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און ער פאלגט וואס דער רבי זאגט. ער מאכט זיך שיעורים בכל התורה כולה, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג און א גאנצן טאג איז ער פרייליך.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן בזה העולם, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן, מען קען זיין אין ברסלב און מען קען גיין מיט תכלת אבער מען לערנט נישט קיין חומש רש"י יעדן טאג, מען עפענט נישט קיין משניות, קיין גמרא וכו' וכו'. געדענק וואס דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם: "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - וויפיל מעג מען טרינקען אום פורים?
חסידות ברסלב, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס געבן מיר לעבן ממש, ובפרט פאר די שיעור וואס איר האט געגעבן אין צפת, דאס האט מיר ממש מחיה געווען, א גרויסן דאנק.


אזוי ווי איך האב געהערט אז דער רבי לאזט נישט טרינקען קיין משקה המשכר, האב איך זיך אפגעוואוינט פון צו טרינקען אלקאהאל. יעצט ווען עס קומט דער יום טוב פורים, וויל איך וויסן וואס דער רבי זאגט וועגן טרינקען וויין אום פורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט זיך אפגעוואוינט פון טרינקען וויין א גאנץ יאר; דער רבי האט אונז זייער געווארענט אז מיר זאלן נישט טרינקען קיין וויין. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כו): "עַל־יְדֵי שִׁכְרוּת שׁוֹכְחִין כָּל הַמִּצְווֹת", אז מען טרינקט און מען שיכור'ט זיך אן, פארגעסט מען פונעם אייבערשטן.


וויסן זאלסטו אז פון וויין קומט נישט ארויס קיין גוטס און עס נישט דא נאך א זאך וואס ברענגט וויינען אויף דער וועלט ווי וויין; וויין איז א לשון פון וויינען ווייל עס מאכט וויינען אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עו:): "יַיִן מֵבִיא יְלָלָה"; נאך זאגן חז"ל (במדבר רבה י, ו): "יַיִן גוֹרֵם לִזְנוּת", וויין ברענגט צו טון עבירות רחמנא לצלן; נאך זאגן חז"ל (תנחומא, שמיני): "יַיִן מֵבִיא אֶת הָאָדָם לִידֵי חֵטְא - צו עבירות, לְצָרָה גְדוֹלָה - צו גרויסע צרות, וּלְחִסָּרוֹן כִּיס – און עס מאכט אז דער מענטש זאל ווערן ארעם.


מען זעט אז די אלע וואס ווערן אריין געשלעפט אין טרינקען האבן נישט קיין דזשאב. ווייל זיי שטייען נישט אויף צייטליך, זיי שיכור'ן ביינאכט און גייען שלאפן טויזנט אזייגער. נאכדעם ווען זיי שטייען אויף שפעט און זיי זעהן ווי דער טאג איז שוין אריבער ווערן זיי צעבראכן, דאן הייבן זיי אן נאכאמאל צו טרינקען.


שלמה המלך זאגט (משלי כג, כט): "לְמִי אוֹי? לְמִי אֲבוֹי?" אויף וועם איז א רחמנות, אויף וועם דארף מען שרייען אוי וויי? "לְמִי מִדְיָנִים?" ווער קריגט זיך מיט מענטשן? "לְמִי שִׂיחַ?" ווער רעדט אסאך נארישקייטן? "לְמִי פְּצָעִים חִנָּם?" ווער כאפט קלעפ? "לְמִי חַכְלִלוּת עֵינָיִם?" ווער האט רויטע אויגן? דאס אלעס פרעגט שלמה המלך און ער ענטפערט: "לַמְאַחֲרִים עַל הַיָּיִן", די אלע וואס טרינקען וויין.


וואויל איז דיר אז דו נעמסט דעם רבינ'ס עצות אויף לעובדא ולמעשה און דו פאלגסט דעם רבי'ן; ליידער זעט מען אסאך אינגעלייט טרינקען זיך אן שבת, זיי גייען פון איין שול צום צווייטן זוכן וואו עס איז דא פונעם ביטערן טראפ. מען גייט צו חברים און מען טרינקט זיך אן, נאכדעם קומט מען צו ניבול פה און צו ביטערע עבירות רחמנא לצלן. אנשטאט דער אינגערמאן זאל אהיים גיין צו זיין ווייב און קינדער פארברענגען מיט זיי - די איין מאל א וואך וואס דער אינגערמאן האט אביסל צייט צו זיין אין שטוב, אנשטאט דעם גייט אוועק דער שבת מיט טרינקען.


בנוגע טרינקען פורים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ז:): "חַיָיב אִינִישׁ לִבְסוּמֵי בְּפוּרַיָּא, עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּך מָרְדְכַי" און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אז מען זאל טרינקען פורים (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב). מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אז מען זאל טרינקען מיט א מאס; נישט זיך אנטרינקען אזוי שטארק אז מען זאל ווערן שיכור ווי לוט און פארפאסן דאווענען מנחה, מעריב און ברכת המזון וכו' וכו'.


פורים ביינאכט איז נישט קיין מצוה צו טרינקען און אויך נישט קיין שכל'דיגע זאך; מען זעט בחורים טרינקען זיך אן די ערשטע נאכט און ווערן אזוי שיכור אז זיי האבן נישט קיין פורים נאכדעם. פורים בייטאג דעמאלט איז די צייט צו טרינקען אפאר כוסות וויין, מען טאנצט און מען איז פרייליך און מען מאכט א צווייטן פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - דארף מען אוועקווארפן דעם שכל פאר א צדיק?
יבנאל, חסידות ברסלב, צדיקים, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


שלום וברכה, איך בין א פרוי פון יבנאל, מיט א שיינע משפחה. איך בין שוין חתונה געהאט מיט מיין חשובער מאן פאר 17 יאר, און מיר האבן ב"ה א שיינע שטוב מיט ליכטיגע קינדערלעך קע"ה. איך דאנק דעם אייבערשטן אויף אלעס גוטס וואס ער האט מיר געגעבן און ער געבט מיר נאכאלץ.


מיר זענען געקומען וואוינען קיין יבנאל מיט עטליכע יאר צוריק, מיר האבן ב"ה זוכה געווען צו ווערן בעלי תשובה דורך ברסלב, מיר האבן אבער נישט געהאט קיין רב און צדיק וועמען מיר האבן אויסגעהערט און געפאלגט אויף א רעגעלמעסיגן פארנעם. ווען מיר זענען אנגעקומען קיין יבנאל זענען מיר ב"ה געווארן מקורב צו מוהרא"ש, מיר זענען אריין צו אים און געשריבן צו אים עטליכע מאל, מיר זענען געווען ביי דרשות און טישן, אבער ליידער איז מוהרא"ש נסתלק געווארן נישט צו לאנג נאכדעם וואס מיר זענען אנגעקומען קיין יבנאל.


די לעצטע דריי יאר האבן מיר ב"ה ווייטער געוואוינט דא אין יבנאל, מיר זענען ב"ה זייער מצליח ברוחניות ובגשמיות, איך שפיר אבער נישט אז מיר זענען געשטיגן צופיל ברוחניות אין די יארן. דער מצב דא, מיט אזויפיל לשון הרע'ס פון אלע זייטן, אזויפיל מחלוקת און קריגערייען, איינער רעדט אויפ'ן צווייטן, דער מצב איז זייער שלעכט משפיע אויף אונז. איך וויל ממש נישט ארויסגיין פון דערהיים, ווייל איך שפיר אז אויב יא קען איך אויך ווערן אריינגעשלעפט אין די פייער פון מחלוקת און לשון הרע.


אונזער שלום בית איז ב"ה זייער פיין, איך פארשטיי זיך ב"ה זייער גוט מיט מיין מאן, ווען עס קומט אבער צו גיין צו א צדיק בין איך נישט אויף די זעלבע מיינונג ווי מיין מאן. ער האלט אז מ'איז האבן א צדיק פון היינט, איך האב אבער נישט מסכים געווען דערצו, איך האב זיך קעגנגעשטעלט, און דאס האט שטארק געשטערט די שלום בית ביי אונז אינדערהיים.


איך האלט אז מיר קענען ווייטער אנגיין בלויז מיט די לימודים פונ'ם רבי'ן און מוהרא"ש, מיין מאן האלט אבער אז מ'דארף אויך האבן א לעבעדיגע רבי און זיך מבטל זיין צו אים, איך פארשטיי אבער נישט צו די זאכן, איך ווייס נישט ווי אזוי מ'ווארפט אוועק דעם שכל פאר א צדיק. איך בין שוין געווען ביי אסאך צדיקים פאר א ברכה און הדרכה, איך האב אבער קיינמאל נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט זיך מבטל צו זיין פאר א צדיק.


און אויב וועט מיין מאן מקבל זיין פון איין צדיק, און איך פון א צווייטן צדיק, וועט דאס זיכער נישט טויגן.


אלנפאלס, איך ווייס נישט דער ריכטיגער וועג ווי אזוי צו גיין, דאס אז אונזער שטוב איז נישט אינגאנצן בשלום, איז זיכער זייער נישט גוט פאר די קינדער, איך ווייס אבער נישט וואס איך דארף יא צו טון. איך וועל זיך זייער פרייען אויב איר וועט אונז קענען מדריך זיין וואס צו טון אין אונזער מצב. מיר זענען זיך אסאך מחזק מיט אייערע שיעורים און חיזוק יומי, דאס שטארקט אונז אין אמונה און צו רעדן צום אייבערשטן, אפשר וועט איר אונז קענען מייעץ זיין אין אונזער פראבלעם.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווי איך פארשטיי קען דער ס"מ נישט דערליידן אז איר לעבט אזא שיינע לעבן מיט אייער מאן שוין 17 יאר און איר האט א שטוב מיט ליכטיגע קינדער וכו' וכו'; דערפאר זוכט ער מיט אלע כוחות צו צעשטערן אייער לעבן, ער זוכט ווי ער קען מאכן א פירוד צווישן אייך און אייער מאן. ווייל איינמאל ער צעברעכט די ליבשאפט צווישן מאן און ווייב האט ער נאכדעם א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען כאפן דעם מענטש אין זיין נעץ און אים מכשיל זיין מיט עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", דאס וואס מען זעט אינגעלייט צוטיילן זיך פון די ווייב זיך און זיי זענען צעטיילט פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "זֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דאס איז דער ארבעט פונעם יצר הרע וואס ער מאכט אז מען זאל זיך צוטיילן. ווייל ווען מאן און ווייב זענען צעטיילט קען ער זייער גרינג אריינכאפן דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


מיר טוט זייער וויי אז עס איז דא מחלוקת צווישן אנשי שלומינו וכו', אבער עס איז נישט אזוי פשוט ווי איר לייגט עס אראפ, נאר ווער עס וויל לעבן בשלום קען לעבן ווייטער אין יבנאל זייער שיין. איך אליינס האב תלמידים וואס וואוינען אין יבנאל און זיי ווייסן גארנישט פון קיין מחלוקת צו זאגן, זיי לעבן מיטן אייבערשטן, זיי לעבן מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, זיי דאווענען און לערנען, זיי גייען הפצה און זענען פרייליך וכו'. איך פרעג זיי אסאך מאל אויב מען קריגט זיך דארט וכו', ענטפערן זיי מיר אייביג דעם זעלבן תירוץ: "ווער עס וויל זיך קריגן קריגט זיך וואו ער זאל נאר זיין, ווער עס וויל שלום איז זיך מחי' דא אין יבנאל".


איך געדענק ווען איך בין געקומען דאס ערשטע מאל קיין יבניאל, פאר איבער צען יאר צוריק, בין איך ממש געווען פארגאפט און ערשטוינט אז עס איז דא אזא זאך אויף דער וועלט; איך האב דארט געזען מענטשן לעבן שוין אין גן עדן, איך האב געזען מענטשן לעבן אזוי פשוט, אזוי פרייליך, מיט א לויטערע אמונה אזוי ווי מוהרא"ש האט אין אונז אריינגעבאקן. איך בין איינגעשטאנען ביי א משפחה און איך האב זיך צוגעקוקט מיט שטוינונג ווי פשוט'ע מענטשן לעבן מיט אזא אמונה, מיט אזא שמחה, מיט אזא צופרידנקייט. ביז איך בין אנגעקומען אין שול, דארט האב איך געטראפן אינגעלייט און איך הייב אן שמועסן מיט זיי פון דאס שיינקייט פון יבניאל; זאגט מיר איינער: "זה לא כל כך פשוט", "עס איז נישט אזוי פשוט ווי דו מיינסט", "פרעג נישט וואס טוט זיך, עס איז געפערליך" וכו' וכו', האב איך פון איין זייט געזען מענטשן וואס לעבן ממש אין גן עדן און פון דער אנדערער זייט מענטשן וואס ווילן נאר רעדן לשון הרע און זוכן פון אונטער דער ערד זיך אפצורעדן.


אין יעדע פלאץ זענען דא מענטשן וואס זוכן מחלוקת, זוכן עקשאן וכו', דאס איז דער גלות און פון דעם ליידן מיר אזוי פיל, ביז דער אייבערשטער וועט אונז שיקן אליהו הנביא וואס ער וועט שלום מאכן אויף דער וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עדויות ח, ז): "אֵין אֵלִיָּהוּ בָּא לֹא לְרַחֵק וְלֹא לְקָרֵב אֶלָא לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם בָּעוֹלָם", ווען אליהו הנביא וועט קומען אויף דער וועלט וועט ער מאכן שלום צווישן אלע אידן.


אן ערליכער איד קריגט זיך נישט מיט קיינעם; אן ערליכער איד גייט זיך זיין וועג און עס גייט אים גארנישט אן, ער זוכט נישט קער צו נעמען פון די וועלט, ער וועט זיך מיט קיינעם נישט קריגן. ער וועט נאר זען צו העלפן און מחי' זיין א צווייטן.


ווער עס וויל טון די ווילן פון מוהרא"ש און וועם עס גייט אין לעבן די כבוד פון מוהרא"ש וכו', דארף מקיים זיין וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן אין די צוואה; קוקט אריין אין צוואת מוהרא"ש (אות י): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן"; אין צוגאב צו דעם איז דא א בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן אז מען זאל זיך היטן פון מחלוקת, אזוי אויך האט מוהרא"ש געשריבן פון שפיטאל בעט אפאר טעג פאר ער איז נסתלק געווארן אין א בריוו: "וְלָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת". זעט מען ווי שטארק מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן זיך מיט קיינעם נישט קריגן.


דערפאר בעט איך אייך, אנטלויפט פון מחלוקת און רעדט נישט מיט קיינעם וועגן מחלוקת. איר זאלט לעבן בשלום מיט אייער מאן; אז אייער מאן האט געטראפן איינעם פון וועם ער נעמט חיזוק וכו', וואס דארף דאס אייך אנגיין?! אז אייער מאן האט געטראפן א פלאץ וואו מען איז אים מחזק אויף תורה ותפילה, פארוואס זאלט איר אים שטערן?! פארקערט, זייט אים מחזק און מעודד! זאגט אים: "מיר וועלן אייביג זיין צוזאמען, מיר וועלן לעבן בשלום ובשלוה!"


דאס וואס איר שרייבט "מען דארף אוועק ווארפן די שכל"; ווער הייסט אוועק ווארפן די שכל? חס ושלום, מען טאר נישט אוועק ווארפן די שכל און נאר א מענטש מיט שכל וועט נעמען אן ערליכער איד זאל אים ווייזן די וועג ווי אזוי צו לעבן. די שכל זאגט אז מען דארף גיין צו אן ערליכער איד, די שכל זאגט אז אויב דער מאן האט אן ערליכער איד וואס איז אים מחזק זאל אים די ווייב נישט שטערן. פארקערט, אויב מען מאכט מחלוקת - דאס הייסט אוועק געווארפן די שכל; אויב איינער וועט  אייך קומען זאגן עס איז א מצוה יענעם צו רודפ'ן, דארף מען יענעם זאגן: "אויב איז עס אזא גרויסע מצוה זאלט איר אליין טון די מצוה - מצוה בו יותר מבשלוחו", דאס הייסט שכל.


דאס זעלבע איז מיט ביטול וכו'; א ביטול דארף מען האבן צום הייליגן באשעפער און צו די הייליגע תורה. און ווער זאגט אונז וואס שטייט אין די תורה? דיינים און רבנים. די אלע וואס שרייען: "היינט איז שוין נישט דא קיין צדיקים וכו'"; דאס איז נישט עפעס א נייע זאך, דאס האט מען געשריגן אין אלע צייטן. אין הייליגן רבינ'ס צייטן האט מען דאס אויך געשריגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח): "כִּי עַכְשָׁיו נִתְפַּשֵּׁט הָאֶפִּיקוֹרְסוּת שֶׁהֻתְּרָה הָרְצוּעָה לְדַבֵּר סָרָה עַל כָּל הַצַּדִּיקִים וְעַל כָּל יִרְאֵי ה'", עס איז זייער פארשפרייט אז מענטשן רעדן אויף צדיקים, באמת ווילן זיי רעדן אויפן אייבערשטן אליינס, נאר זיי האבן מורא אז אויב זיי וועלן רעדן אויפן אייבערשטן וועט מען זיי אנשרייען וכו', דערפאר רעדן זיי אויף צדיקים, אבער זיי מיינען דעם אייבערשטן; זעט מען אז אין אלע צייטן זענען פארהאן וואס שרייען דעם זעלבן ניגון: "היינט איז שוין גארנישט דא"; אבער דאס איז נישט אמת, נאר אין יעדע דור זענען דא צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער זיי צו מאכן לערנען און דאווענען און אריין ברענגען אין זיי די אמונה ברורה ומזוככת.


פארשטייט זיך אז ווען א מענטש גייט צו איינעם, דארף ער שטענדיג זען אויב יענער איז אים מחזק צו גיין בדרך התורה, ער טרעט נישט אפ פון שלחן ערוך, ער רעדט צו מיר פון דאס גרויסקייט פון שלום בית; דעמאלט איז א סימן אז ער איז אויף א גוטע פלאץ. אבער ווי נאר מען רעדט פון אנדערע זאכן, מען רעדט נישט פון תורה, תפילה און שלום בית, איז עס איין שטיק שקר.


נעבעך וויפיל מענטשן ווערן פארפירט פון פאלשע מנהיגים וואס לערנען נישט מיט זייערע מענטשן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב וכו'; מען דארף זיך זייער היטן נישט אנצוקומען צו א פארפירער. קוקט וואס מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות טו) א סימן ווי אזוי מען קען וויסן צי מען איז ביי אן אמת'ער פלאץ אדער נישט, עיין שם.


אשריך אז איר האט נישט קיין שייכות מיט די מחלוקת, אבער געבט אכטונג אז אין אייער שטוב זאל נישט אריין קומען דער ס"מ. אז אייער מאן האט חיות אויף א פלאץ, דער מענטש איז אים מעורר צו עבודת השם, דער פלאץ וואו ער גייט איז אים מעורר צו לערנען און דאווענען און נישט האבן קיין שייכות מיט מחלוקת, פארוואס זאלט איר אים שטערן?


איך זאג אייך צו אז אויב איר וועט לעבן מיט אייער מאן בשלום וועט איר האבן נחת פון אייערע קינדער; דער אייבערשטער וועט רוען ביי אייך און איר וועט נישט חרטה האבן.

#7 - וואו איז דער מקור אז רבי נתן האט געהאט א גלאטן האלז?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איינער האט מיר געפרעגט וואו עס איז דער מקור אז רבי נתן האט געהאט א גלאטן האלז. אפשר ווייסט דער ראש ישיבה עפעס מער איבער דעם?


יישר כח פאר אלעס.


דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. ר' דוד צבי איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט אין אקריינא: שריגראד, קרעמניץ און מאהליב. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר ר' נתן: "דיין שווער איז א צדיק", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו געזאגט אויף אים: "וואו ער גייט, גייט אליהו הנביא מיט מיט אים".


ר' דוד צבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף ר' נתן: "מען האט אנגעטראגן פאר מיין טאכטער גרעסערע לומדים ווי ר' נתן, אבער איך האב אים גענומען פאר אן איידעם ווייל איך האב געזען אז ער האט א גלאטע האלז"; דאס איז א מליצה אויף ר' נתן ארויס צו ברענגען ווער ר' נתן איז געווען. דער הייליגער ר' נתן איז געווען ביי זיך ווי א שטיקל בלאטע, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר ר' יצחק דער טיראוויטצער מגיד'ס איידעם (חיי מוהר"ן, סימן שלח): "קוק אים אן – ר' נתן – וועסטו זען אז ער איז ביי זיך ווי א גלאט שטיקל בלאטע".


ר' נתן האט דערציילט אויף זיך: "אין חדר האבן אלע קינדער געפרעגט קשיות פונעם מלמד אבער איך האב נישט געהאט קיין קשיות, איך האב געזאגט פאר מיין מלמד: 'וואס זאל איך טון אז עס איז מיר גארנישט שווער?' האט מיר דער מלמד געזאגט: 'עס איז בעסער צו גיין פשוט אן קשיות ווי די אנדערע קינדער וואס זוכן נאר צו פארקריכן פונעם פשט'".


פון קינדווייז אן האט ר' נתן געלעבט מיטן תכלית, ווייל ער פלעגט דאווענען נעבן זיין זיידן ר' יצחק דאנציג זכרונו לברכה וואס פלעגט זיצן מיט די אלטע אידן אויף מזרח וואנט, אזוי איז אים אויסגעקומען צו קענען אלע אלטע אידן וואס פלעגן זיך צומאל שפילן און זיך ווערטלען מיט אים. איין טאג איז איינער פון די זקנים וועם ר' נתן האט גוט געקענט - נפטר געווארן און ר' נתן האט זיך נאכגעפרעגט ביי זיין זיידע אויף דעם איד, האט אים דער זיידע געענטפערט אז ער איז נפטר געווארן, האט ער געפרעגט זיין זיידע: "וואס מיינט נפטר געווארן?" האט ער אים מסביר געווען אז ווען א מענטש שטארבט גראבט מען אויף א לאך אין בית החיים און מען לייגט דארט אריין דעם מענטש, נאכדעם דעקט מען צוריק צו דעם לאך מיט ערד. ווען ר' נתן האט דאס געהערט האט אים אנגעפאנגען באדערן: 'וואס איז דער תכלית דא אויף דער וועלט, מען לעבט און מען שטארבט וכו' און דאס איז עס?' די מחשבות האבן אים געמאכט זוכן און נישטערן נאכן תכלית ביז ער האט געפונען דעם הייליגן רבי'ן.


ווען מוהרא"ש פלעגט רעדן פון ר' נתן פלעגט ער שטענדיג זאגן: "מיר האבן נישט קיין השגה ווער ר' נתן איז געווען און ווי גרויס ער איז געווען; מען האט אים גע'רודפ'ט עד חרמה מבית ומבחוץ. און טראץ אלע רדיפות וואס ער איז אריבער, מיט אלע צרות ויסורים, האט ער פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים פאר די גאנצע וועלט, דאס דארפן מיר נאכטון; מגלה זיין דעם רבינ'ס עצות פאר אלעמען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - היכל הקודש אין בית שמש
חסידות ברסלב, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח אויף אלע התחזקות וואס דער ראש ישיבה געבט אונז כסדר, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך האב געמאכט א שיעור יעדן ליל ששי ביי מיר אינדערהיים דא אין בית שמש, ב"ה אז ס'קומען זיך צוזאם אידן וועלכע ווילן הערן חיזוק, זיי ווילן זיך שטארקן מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן.


איינער פון די אידן ביים שיעור זאגט אז זיין גאנצער לעבן און זיין גאנצע התחזקות איז נאר פונעם ראש ישיבה, אזוי ווייט אז ער קלערט ממש זיך אריבערצוציען קיין אמעריקע, קיין וויליאמסבורג, צו זיין נעבן דעם ראש ישיבה... ער בעט זייער שטארק אז דער ראש ישיבה זאל קומען דא אויף שבת צו מחזק זיין די היזיגע אידן.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


גדלי' דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד גדלי' דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס איז דיין זכות אז דו נעמסט צוזאם אינגעלייט אין בית שמש יעדע ליל שישי און דו לערנסט מיט זיי חיזוק און עצות וואס מיר האבן מקבל געווען פונעם הייליגן רבי'ן.


איך וויל אם ירצה ה' זיין אין ארץ ישראל אין צוויי וואכן ארום; איך פאר צו די הקמת המצבה פון מיין באבע עליה השלום וואס וועט פארקומען דאנערשטאג פרשת בשלח אין מירון, און איך וועל אם ירצה ה' קומען צו דיר אין שטוב געבן א שיעור פאר אייך.


דער עיקר זאלסטו ווייטער ממשיך זיין צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות ביתר שאת וביתר עוז, דאס איז די גרעסטע זאך וואס מיר קענען טון פארן בורא כל עולמים; דער הייליגער אהבת ישראל זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "וואס איז דער סימן אז א מענטש האט ליב דעם טאטן? אז ער האט ליב די קינדער"; דאס זעלבע איז ביים אייבערשטן, יעדער שרייט: "הייליגער באשעפער, מיר האבן דיר זייער ליב", אבער ווי אזוי ווייסט מען אז עס איז טאקע אזוי? נאר ווען מען זעט אז דו טוסט פאר דעם אייבערשטנ'ס קינדער, דו גייסט הפצה, און עס גייט דיר אין לעבן אז נאך א איד זאל האבן א לעבן, פאר נאך א איד זאל גיין גוט - דאס איז א סימן אז מען האט טאקע ליב דעם אייבערשטן.


ווען דו זאלסט וויסן וואס הפצה איז, וואלסטו געלאפן אין די גאסן און עוסק געווען אין הפצה, ווייל ווען דו געבסט א ספר פאר א מענטש וואס ער איז שוין ביי זיך אפגע'פסק'נט אז ער קען שוין נישט האבן קיין תקנה, ער זוכט נאר ווי אזוי ער קען ענדיגן זיין לעבן השם ישמרינו, און פלוצלינג באקומט ער א ספר, א סי די, אדער א קארטל מיט א נאמבער וואו ער קען רופן און הערן חיזוק - האסטו פשוט געראטעוועט דאס לעבן פון א מענטש, און דאס איז אזוי ווי דו האסט אויפגעשטעלט אן עולם מלא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווער איז געווען דער הייליגער רבי נתן?
חסידות ברסלב, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך האב פון אייך, די שיעורים געבן אריין אין מיר א נייע לעבן, איך האב זייער אסאך חיזוק פון דעם.


אזוי ווי עס קומט יעצט עשרה בטבת די יארצייט פון ר' נתן, האב איך געוואלט פרעגן אויב איר קענט מיר אויסקלארן ווער ר' נתן איז געווען, ווייל איך האב געהערט פון מענטשן זאגן אז פון רבי'ן האט מען יא געהאלטן אבער פון ר' נתן נישט.


א גרויסן ש'כח נאכאמאל.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט וויסן ווער ר' נתן זכרונו לברכה איז געווען, זאלסטו לערנען ר' נתנ'ס ספרים. ר' נתן האט געשריבן ספרים וואס איז מחזק יעדן איינעם; יעדער איינער קען טרעפן חיזוק אינעם ספר ליקוטי הלכות.


ר' נתן איז מגלה פאר יעדן איינעם דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, אויב מען טוט תשובה איז דער אייבערשטער מוחל יעדן איינעם, ווייל דער אייבערשטער איז א חנון ומרבה לסלוח. ר' נתן איז נסתלק געווארן ביי די ווערטער, ער האט געדאווענט מנחה ערב שבת, און ביי די ווערטער ברוך אתה ה' חנון המרבה לסלוח האט ער זיך אפגעשטעלט, ער האט דאס איבערגעזאגט אן א שיעור מאל, און אזוי איז ער נפטר געווארן. ווייל דאס איז געווען ר' נתן - א גאנץ לעבן האט ער נאר דאס מגלה געווען פאר אלעמען.


די אלע וואס זאגן אז מען האט געהאלטן נאר פון רבי'ן און נישט פון ר' נתן, די ווייסן גארנישט פון רבי'ן. ווייל דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מען דארף דאנקען ר' נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטל שמות". נאך האט דער רבי געזאגט "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל".


אלע ספרים וואס מיר האבן היינט פון רבי'ן איז נאר אדאנק ר' נתן זכרונו לברכה; ער האט אפגעשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פון רבי'ן. דער ערשטער חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט בחיים חיותו פון רבי'ן, און דער צווייטער חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט נאכן רבינ'ס הסתלקות.


בכלל דארפסטו וויסן, ווען איינער רעדט אויף צדיקים, איז א סימן אז דער מענטש איז א בעל עבירה. אפילו פון אינדרויסן זעט ער אויס ווי א שיינער איד; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערער עזות פנים ווי איינער וואס ווייגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?! ווי שעמט זיך נישט א מענטש צו רעדן אויף צדיקי עולם, אויפן הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה און זיין גרויסער תלמיד ר' נתן זכרונו לברכה?! עס איז נאר ווייל די מענטשן זענען פגום בברית, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים נה, כא): "שָׁלַח יָדָיו בִּשְׁלֹמָיו חִלֵּל בְּרִיתוֹ", ווען א מענטש רעדט אויף ערליכע אידן, צדיקי אמת, איז עס ווייל "חִלֵּל בְּרִיתוֹ", דער מענטש זינדיגט אין הארבע עבירות; אפילו פון אינדרויסן קען מען דאס נישט זען, פארקערט נאך, די וואס רעדן אויף צדיקי אמת זעען אויס פון אינדרויסן ווי כלומר'ישע פרומע מענטשן וכו', דאך זענען זיי פארפוילט פון אינעווייניג.


ר' נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי אין ש"ס און אין אלע פוסקים, ר' נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען".


בעפאר ר' נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן ר' ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפולי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמינץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען.


צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט א דורך קומען מיט די  בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד ר' נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם.


ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן.


ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות".


שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי.


דער עיקר דארפן מיר פאלגן וואס ר' נתן האט אונז געלאזט צוואה; ר' נתן איז נסתלק געווארן ערב שבת פרשת ויגש עשרה בטבת שנת תר"ה לפ"ק. אפאר שעה בעפאר ר' נתן איז נפטר געווארן האט ער געזאגט די ווערטער (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון ר' נתן זכרונו לברכה): "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק פון דער וועלט, און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזוי פיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און ר' נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, ר' נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


דאס דארפן מיר טון, עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים אויף די גאנצע וועלט, מיר זאלן זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'; דאס הייסט, איינער קען ברענגען געלט צו דרוקן - זאל ער ברענגען געלט, איינער קען קומען העלפן דרוקן - זאל ער קומען דרוקן, איינער קען גיין אויף די הייזער מיט די ספרים וכו', יעדער איינער זאל צו לייגן א האנט, האבן א חלק אין מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - מ'רעדט אסאך צו מיר קעגן ברסלב, איך דארף חיזוק
חסידות ברסלב, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג הראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט אויב דער ראש ישיבה געדענקט מיר, איך בין געווען ביי אייך פארגאנגענע יאר מיט מיין ווייב, זי האט געהאט גרויסע פחדים, און דער ראש ישיבה האט מיר געגעבן א תפלה, זי האט כסדר געזאגט די תפלה, און ברוך ה' אז זי האט זיך אינגאנצן ארויסגעדרייט פון דעם, אן קיין מעדעצין און אן קיין טערעפי וכו'. דאס איז ממש א מופת, מיר האבן נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען, סיי אויף דעם און סיי אויף די דרשות וואס מיר הערן כסדר, דאס איז אונזער גאנצע לעבן.


איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין ביז די פארגאנגענע יאר גאנץ תנ"ך, גאנץ ש"ס, ד' חלקי שלחן ערוך, זוהר הקדוש, מדרש תנחומא, תנא דבי אליהו, מדרש שוחר טוב, און יעצט האב איך געענדיגט ששה סדרי משנה די 36'סטע מאל. אויסער דעם האב איך שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, ספורי מעשיות, און איך האב שוין כמעט געענדיגט די ספרים.


לעצנטס האב מיין משפחה אנגעהויבן רעדן צו מיר קעגן ברסלב, זיי ווילן מיר ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי איך דארף זיך פירן, זיי רעדן אלע סארט לשון הרע, רכילות, און ניבול פה, אויף ברסלב. זיי טענה'ן אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט געלאזט לערנען ברסלב'ע ספרים, זיי שרייען אז די ברסלב'ע זענען די היינטיגע מסיתים ומדיחים, נאר ערגער ווי סמארט פאונס, אז ווער ס'זאגט אז ער איז א ברסלב'ער מיינט דאס אין אנדערע ווערטער אז ער איז א פורק עול רחמנא ליצלן, און אזוי ווייטער און ווייטער. איך דארף האבן אסאך חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וועגן קינדער וכו', ווייל מיין ווייב האט זייער מורא.


איך שיק דא מיט געלט פאר צדקה, א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


חיים צבי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים צבי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדליך האסטו מיר געשריבן א בריוו וואו דו ביסט מיר מודיע אז דיין ווייב האט געהאט א רפואה שלימה, זי איז ארויס פון אירע פחדים; שוין באלד א האלבע יאר וואס איך ווארט צו הערן וואס עס הערט זיך ביי אייך, צי איר האט שוין געהאט א ישועה, ווייל איך ווייס נישט וואו דו וואוינסט, און איך האב נישט קיין שום וועג ווי אזוי צו הערן פון דיר וואס עס טוט זיך וכו'. איר זענט געווען ביי מיר א האלב יאר צוריק, דו מיט דיין ווייב זענען געזעסן ביי מיר, דיין ווייב האט אזוי געוויינט פון די אינערליכע יסורים, פחדים, דמיונות וכו' וואס זי גייט אריבער, אז די ווענט האבן מיט געוויינט. איך האב איר געגעבן א תפילה צו זאגן יעדן טאג און איך האב זייער אסאך מתפלל געווען פאר אייך, איז נישט קיין יושר צו לאזן ווארטן אזוי לאנג וכו'.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר געבן חיזוק, ווייל דיין משפחה האט גערעדט צו דיר לשון הרע אויף ברסלב וכו'; קוק צו וואס א מענטש קען זוכה זיין אז מען פאלגט דעם הייליגן רבי'ן, דו שרייבסט מיר אלע דיינע סיומים וואס דו האסט זוכה געווען צו מאכן אינעם פארגאנגענען יאר, דו האסט מסיים געווען חמשה חומשי תורה, נביאים וכתובים, גאנץ ש"ס בבלי, ד' חלקי שלחן ערוך, זוהר הקדוש, מדרש תנחומא, תנא דבי אליהו, מדרש שוחר טוב, זעקס אין דרייסיג מאל משניות וכו' וכו', דאס אלעס האסטו זוכה געווען צו לערנען בזכות דעם הייליגן רבי'ן וואס ער ברענגט אריין אין אונז א חשקת התורה, יעצט ווען עס קומען צו גיין אפאר קרעציגע מענטשן וואס רעדן קעגן הייליגן רבי'ן, וואס קיין איינער פון זיי האט ניטאמאל מסיים געווען איין מאל אין זייער לעבן ששה סדרי משנה - פון זיי ווערסטו צעבראכן?!


דו דארפסט חיזוק? פארוואס זאלסטו אויסהערן מענטשן וואס רעדן אויף א צדיק פון איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, ווי שעמט זיך נישט א מענטש צו רעדן אויף צדיקי עולם, אויפן הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה און זיין גרויסער תלמיד ר' נתן זכרונו לברכה, עס איז נאר ווייל די מענטשן זענען פגום בברית, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים נה, כא): "שָׁלַח יָדָיו בִּשְׁלֹמָיו חִלֵּל בְּרִיתוֹ", ווען א מענטש רעדט אויף ערליכע אידן צדיקי אמת איז עס ווייל "חלל בריתו", דער מענטש זינדיגט אין גראבע עבירות; אפילו פון אינדרויסן קען מען דאס נישט זען, פארקערט נאך, די וואס רעדן אויף צדיקי אמת זעען אויס פון אינדרויסן ווי כלומר'ישע פרומע מענטשן וכו', דאך זענען זיי פארפוילט פון אינעווייניג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערע עזות פנים ווי איינער וואס ווייגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?!


די גרעסטע חיזוק פאר דיר דארף זיין, ווען דו קוקסט זיך אן וואס דער רבי האט געטון מיט דיר און מיט דיין ווייב תחי'; דער רבי געבט סחורה אין די הענט, מען עפענט אויף די האנט זעט מען וואס מען האט שוין זוכה געווען אדאנק דעם רבי'ן. זאג מיר צי עס איז דא נאך איינער אין דיין גאנצע שטעטל וואו דו וואוינסט, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן די גאנצע תורה אזוי יונג ווי דיר; דו שרייבסט מיר וואס דו האסט אלץ זוכה געווען צו לערנען די פאר יאר זייט דו הערסט אויס די שיעורים אויף "קול ברסלב"; נישט איך קען דיר און נישט דו קענסט מיר, סך הכל הערסטו אויס דרשות פון ישיבה, דיבורים וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו העלפן מיט דעם אידישע קינדער, דאס זאג איך נאך פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס ער האט דאס גענומען פון הייליגן רבי'ן און פון זיין גרויסע תלמיד ר' נתן ז"ל; פרעג איך דיר: "איז דאס נישט גענוג חיזוק פאר דיר?!"


מען מאכט ליצנות פון ברסלב'ער חסידים אז מיר זענען טויטע חסידים חס ושלום, ווייל אונזער רבי לעבט נישט און מיר פארן צו א טויטע רבי וכו'; וויסן זאלסטו אז דער רבי לעבט, זיינע ספרים לעבן און עס געבט לעבן פאר יעדן איינעם וואס לערנט דערין.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכב): "ווער עס וועט נאר האבן א שייכות מיט איינע פון מיינע תלמידים, וועט שוין אויך ווערן אן ערליכער איד, נישט נאר אן ערליכער איד, נאר גאר א גרויסער צדיק"; דאס זעט מען היינט ממש בחוש, טויזענטער אידן זענען זיך מחיה מיט די דיבורים וואס זיי הערן פון איינעם וואס האט נאר אנגעכאפט א תלמיד פון רבי'ן.


דו שרייבסט מיר אז מען האט געשריגן אויף דיר אז ברסלב איז ערגער ווי סמארט פאון וכו', און אז דער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר האט נישט געלאזט לערנען די ספרים; ווי קען מען אויסטראכטן פאלשע מאמרים אויפן רבי'ן זכותו יגן עלינו מסאטמאר, ווען דער רבי אליין ברענגט אראפ אין ספר הקדוש ויואל משה פון רבי'ן, און דער רבי שרייבט אז נאר דער הייליגער רבי מוהר"ן מברסלב ז"ל האט געוואוסט ברוח הקודש וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, ער שרייבט בזה הלשון (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ): "וזה ענין של רוח הקודש, שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא"; איז ווי קען מען ארויפלייגן אויפן רבי'ן אזעלכע מאמרים אז ער האט נישט געלאזט לערנען די ספרים, ווען דער רבי אליין ברענגט אראפ אין זיינע ספרים פון הייליגן רבי'ן. דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן פון די אלע וואס רעדן קעגן צדיקי אמת, דאס זענען מענטשן וואס האבן נישט קיין יראת שמים, מענטשן וואס זענען זייער פגום בברית, אנדערש וואלט א מענטש נישט גערעדט אויף פריערדיגע צדיקים.


בנוגע קינדער וכו'; דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט צוויי לעכטיגע קינדער, יעצט ווארט נאך אביסל וכו', דער אייבערשטער וועט העלפן דיין ווייב וועט קומען צו די כוחות מער און מער, וועלן מיר דעמאלט רעדן.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף דיינע צוויי ליכטיגע קינדער און בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


א גרויסן יישר כח פאר די געלט וואס דו האסט געשיקט, בזכות מצוות צדקה זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות וישועות.

#3 - מעג מען קושן א קינד? פארוואס רופט מען דעם רבי'ן אויפ'ן מאמע'ס נאמען?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"צ יואל ראטה שליט"א, ראש ישיבת תפארת התורה,


שלום וברכה, בתחילה אני רוצה שוב להודות לראש ישיבה על כל השמועסין (שאני מקבל במייל).  זה ממש שינה לי הרבה דברים בחיי לטובה.


רציתי לציין גם נקודה חשובה שלאחרונה הכניסו כמה שיעורים מהראש ישיבה למערכת  "קול הלשון" וזה הפצה אדירה שכאן בארץ ישראל הרבה מאוד אנשים אין להם מייל וכו', והם יכולים לשמוע את הראש ישיבה (יש הרבה עמדות מחשב  בבתי מדרש ברחבי הארץ שאפשר להוריד משם את כל שיעורי קול הלשון לנגן) אם אפשר לבקש שיכניסו תמידים כסדרם את השיעורים ולא באופן חד פעמי.


רציתי לשאול על ב' דברים,


א' שמעתי באחד מהשיעורים שהר"י אמר בשם הרבי זי"ע שלא לנשק ילדים, לא הבנתי מה הפשט בזה שהרי כל המחנכים טוענים להפך שכל הנושרים הם ילדים שאף פעם לא נישקו ואמרו להם שאוהבים אותם (וכמדומני שגם הר"י הזכיר זאת פעם).


ב' למה בברסלב כשמזכירים את שמו של הרבי אומרים "רבי נחמן בן פיגא" ולא כמו שמקובל בשאר אנשים וצדיקים להזכיר לאחר הפטירה "רבי נחמן בן שמחה" בשם אביו.


אשמח שהראש ישיבה יענה לי אל אף טרדותיו הרבים.


אליעזר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אליעזר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחיה מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן; ווער עס הערט דעם רבינ'ס עצות און התחזקות ווערט אן ערליכער איד, מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, און אפילו אז מען פאלט אראפ וכו' שרייט מען צום אייבערשטן פון דארט. מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס האט נאך נישט טועם געווען פון רבינ'ס עצות, וואס דער רבי געבט אונז; די גאנצע לעבן ווערט געטוישט צום גוטן, און מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן.


דאס וואס דו פרעגסט בנוגע קושן קינדער וכו'; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם, לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", עס איז בעסער פאר קינדער ווען מען איז נישט צוגעקלעבט צו זיי צו שטארק, נאר מען לאזט זיי אליינס אויפוואקסן, עיין שם. נאך האט דער רבי געזאגט: "א קינד קושט מען נישט, און א קינד שלאגט מען נישט", דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען טאר נישט געבן א קוש פאר א קינד, נאר מען זאל נישט זיין צוגעקלעבט צו זיי. ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, מען קושט אים און מען האלדזט אים, נאכדעם ווען דער קינד איז לעבעדיג און שפרינגעדיג וכו' וכו', שלאגט מען אים.


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס מען רופט דעם רבי'ן רבינו "נחמן בן פיגא" ביי זיין מאמע'ס נאמען, און נישט בן שמחה - מיטן טאטענ'ס נאמען; דאס איז ווייל אזוי האט דער רבי בפירוש געזאגט, אז מען זאל אים רופן ביי זיין מאמע'ס נאמען, ווייל ער האט זייער מכיר טובה געווען זיין מאמע אז זי האט אים אויפגעצויגן מיט יראת שמים.


דעם רבינ'ס טאטע איז געווען א באהאלטענער צדיק, ער איז געווען רוב צייט באהאלטן און ער איז נישט געווען אין שטוב, דעם רבינ'ס מאמע פיגא הצדיקת, זי האט מגדל געווען דעם רבי'ן און אין אים אריין געלייגט יראת שמים. ווען דער רבי איז געבוירן געווארן האט זי אנגעטון א קאפל פארן רבי'ן, אויך האט זי גלייך נאכן געבוירן אפגעגאסן זיינע הענט, און זי פלעגט אים נעמען כסדר צום קבר פון איר זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו און דארט וויינען אז דער קינד זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, דערפאר האט דער רבי געוואלט מען זאל אים רופן רבינו נחמן בן פיגא, זכותו יגן עלינו.


עס זענען דא נאך צדיקים וואס מען רופט זיי ביי די נאמען פון זייער מאמע; דעם זונטאג - כה תשרי, איז געווען די יארצייט פון הרב הקדוש רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, וואס אים איז מען מזכיר 'לוי יצחק בן שרה סאשע זי"ע'.


דער עיקר דארף מען וויסן אז אלעס וואס מיר האבן, און וואס מיר טוען, איז נאר בזכות אלע פריערדיגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנצע לעבן אריין צו ברענגען דעם אייבערשטן אין די וועלט.


יעדעס מאל מען איז מזכיר א נאמען פון א צדיק ברענגט מען אויף זיך ישועות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ'): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים, יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁינוּי בְּמַעֲשֵׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורך דעם וואס מען דערמאנט די נעמען פון צדיקים, ברענגט מען אויף זיך גרויסע ישועות, אפילו עס איז משנה די טבע פון דער וועלט.


דערפאר איז א גרויסע זאך ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א ישועה, אז מען זאל בעטן בזכות הצדיקים שבדורינו, און בזכות די צדיקים פון די פריערדיגע דורות, אזוי ווי דוד המלך בעט דעם אייבערשטן (תהלים טז, ב): "טוֹבָתִי בַּל עָלֶיך, לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם", העלף מיר אייבערשטער בזכות אלע צדיקים וואס לעבן, און בזכות אלע צדיקים וואס זענען שוין נסתלק געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - פארוואס רעדט איר נישט אויך פון אלע אנדערע עצות פון רבי'ן?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

שלום וברכה,


איך הער אויס אייערע ווארעמע שיעורים, עס איז ממש "דברים היוצאים מן הלב נכנסין אל הלב", איר האט א מורא'דיגער אידישער חן אין אייערע ווערטער, ווער עס הערט עס אויס - אויך מיינע חברים נישט קיין ברסלבער חסידים - האט א משיכה צו די שיעורים און ווילן הערן נאך און נאך.


וויל איך זיך קודם זייער באדאנקען פאר אייך, און איך וויל אויך מקדים זיין אז איך פרעג נישט ע"מ להקניט אדער עפעס, אייערע שיעורים האבן מיר גוט אויסגעשאקלט מיינע יסודות אין ברסלב וואס איך בין אויפגעוואקסן אין דעם, און איך בין ממש פון פריש געווארן מקורב צום רבי'ן און איך וויל  באמת ובתמימות פארשטיין די פאלגענדע נקודות.


דער הייליגער רבי האט אזויפיל תורות און נקודות וואס איר רעדט נישט ארום פון דעם אין אייערע טייערע דרשות. ווי למשל חצות, אזמרה (-רפ"ב), ניגונים/מנגנים כשרים, רצוא ושוב, לעבן נאר מיט די הווה און נישט איבערטראכטן וואס ס'איז געווען וכו' וכו'. איך בין זיכער אז דער ראש ישיבה ווייסט בעסער פון מיר...


פארוואס רעדט איר נישט ארום וועגן דעם? איר רעדט אסאך פון התבודדות און דרך הלימוד, וואס איז מיט נאך זאכן? דער רבי איז דאך אן אוצר פון יראת שמים וואס אלעס ליגט ביי אים.


נאך א נקודה, דער רבי זאגט "ממני ועד משיח לא יהיה חדשות", פון מיר ביז משיח וועט זיך נישט זיין קיין נייעס, איז דאך קלאר פון דעם וואס ר' נתן זאגט אז דער רבי האט געמיינט אז נאך אים וועט נישט זיין נאך א צדיק ביז משיח.


ר' אברהם ב"ר נחמן האט געזאגט: "עס איז דא איין רבי, און איין תלמיד (ר' נתן) עד ביאת משיח, פון דעמאלט וועט זיין נאר אין א וועג פון "תלמידים יעשו תלמידים", לאור די יסוד אין ברסלב ווייס איך נישט אין וועלכע נקודה אוועק צושטעלן מוהרא"ש? דער צדיק איז דער רבי, דער תלמיד איז ר' נתן, איז וואס איז מוהרא"ש?


המודה בכל לב, אויף פיל הרהורי תשובה און התחלה מחדש ובהתהלהבות בעבודת השם בזכות אייערע שיעורים.


נחמן


ירושלים תובב"א

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד נחמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה אז דו ביסט זיך מחזק מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות וואס די עצות וועט משיח אריין ברענגען אין דער וועלט.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישט דא קיין חילוק, און אלע גוטס וואס משיח וועט אריינברענגען אין דער וועלט, קען איך אויך טון, נאר איין חילוק איז דא, אז משיח וועט מען פאלגן און ביי מיר איז נאך דא א בחירה".


דו פרעגסט מיר פארוואס מען רעדט אין ישיבה נאר פון תורה ותפילה, דער רבי האט דאך נאך אסאך גוטע עצות, פארוואס רעדט מען נישט פון אלע זאכן; קוק וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מען דארף גארנישט טון, נאר 'דאווענען לערנען און דאווענען'"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען זאל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן. עס איז נישט דא קיין איין תורה אין ליקוטי מוהר"ן וואס דער רבי זאל נישט רעדן פון תורה ותפילה, ווייל ווען א מענטש לערנט יעדן טאג תורה, און ער איז זיך מתבודד, וועט ער זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


ר' אברהם בן רבי נחמן פלעגט זאגן: "דער עיקר דארף מען מחזק זיין א מענטש אז ער זאל מאכן התבודדות, ער זאל רעדן צום אייבערשטן און יעדע זאך פארציילן פארן אייבערשטן, און איינמאל דער מענטש רעדט צום אייבערשטן וועט ער שוין אליינס זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן"; דערפאר דארף מען דער עיקר מחזק זיין א מענטש אז ער זאל רעדן צום אייבערשטן און לערנען תורה, און איינמאל ער איז דבוק אינעם אייבערשטן און ער לערנט תורה, וועט ער שוין אליינס זען אלע עצות ווי אזוי ער זאל זיך פירן, און ער וועט צו קומען צו אלע זיינע מדריגות.


בפרט ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן דארף מען וויסן אז מען קען נישט זיין מקורב צום רבי'ן נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים - ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספורי מעשיות און ספר המידות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְא עַם הָאָרֶץ חָסִיד"; ממילא, אויב מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים און מען איז נישט מקיים זיינע הייליגע עצות האט מען נישט קיין שום שייכות מיטן רבי'ן.


רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה האט אמאל געכאפט א היטש (טרעמפ) מיט איינעם יוסל פאראנטשיק; אזוי שמועסנדיג זאגט ער פאר רבי נחמן טולטשינער: "איך האב געקענט דעם רבי'ן", און ר' נחמן טולטשינער האט אים מקנא געווען, נאכדעם איז ער געקומען צו ר' נתן און ער האט אים געזאגט אז ער האט געטראפן א איד יוסל פאראנטשיק וואס ער האט געקענט דעם רבי'ן, זאגט אים ר' נתן: "יוסל פאראנטשיק האט נישט 'געקענט' דעם רבי'ן, ער האט 'געזען' דעם רבי'ן, דו 'קענסט' דעם רבי'ן, ווייל דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן", אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; קומט אויס אז איינער וואס לערנט די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן, - דער קען דעם רבי'ן, און ער איז א ברסלב'ער חסיד. אבער אז מען לערנט נישט די ספרים האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


ווען איך האב פארציילט פאר מוהרא"ש אז מיר האבן געקויפט א בענקל וואס זעט אויס פונקט ווי דעם רבינ'ס בענקל וואס געפונט זיך אין שול אין מאה שערים און מיר נוצן דאס פאר א כסא של אליהו הנביא, האט מוהרא"ש מיר געזאגט אז איך זאל זאגן פאר יעדן איינעם אז דאס איז די עכטע בענקל פון רבי'ן, און דאס וואס געפונט זיך אין שול אין מאה שערים איז די נאכגעמאכטע; ווייל אז מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים, און מען האט נישט קיין שיעורים בכל התורה כולה אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, מען איז נאר פארנומען צו רעדן א גאנצן טאג פונעם "רבינ'ס זאך" - וואס איז יא "דעם רבינ'ס זאך", און "דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך", קענסטו האבן דעם בענקל, אבער דער רבי איז נישט דארט.


דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן: "ווען דו שרייבסט חידושי תורה און דו קומסט אן צו שרייבן פון 'אמונה' אדער 'צדיק' זאלסטו אויסשפרייטן דעם פענע"; דאס הייסט, דו זאלסט שרייבן אסאך איבער דעם נושא, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "דְדָּא בֵּיהּ כּוּלָא בֵּיהּ, דְּלֹא דָא בֵּיהּ מַּה בֵּיהּ, דַּעַת קָנִיתָ מַה חָסַרְתָּ דַּעַת חָסַרְתָּ מַה קָנִיתָ", אויב האט מען אמונה האט מען שוין אלעס, און אז מען האט נישט קיין אמונה האט מען גארנישט.


דערפאר דארף מען אסאך רעדן פון התבודדות און פון לימוד התורה, ווייל דאס איז דער שליסל ווי אזוי מען קומט אן צו אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְך בְּפִי, הַיְנוּ עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", און ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן, און צום אייבערשטן - ווערט ער איינס מיטן אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות אמונה, סימן לג): "עַל-יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", ווען א מענטש האט אמונה און ער גלייבט אינעם אייבערשטן, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה"; און ווען דער רבי האט זיך אריין געצויגן קיין אומאן, האט דער רבי געהאלטן אין איין רעדן נאר פון אמונה; ווייל ווען א מענטש האט אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און קיין שום זאך פירט זיך נישט אליין, נאר דער אייבירשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶי יִתְבָּרַ כְּלָל, איז אים אלעס פיין און אלעס גוט.


דאס וואס דו פרעגסט אז דער רבי האט געזאגט: "מִמֶּנִּי עַד מָשִׁיחַ, כְּבָר לֹא יִּהְיֶה חֲדָשׁוֹת", און דאס מיינט אז עס וועט מער נישט זיין נאכן רבי'ן קיין צדיקים; חס ושלום נאך צו זאגן אזא ווארט בשם ר' נתן, דאס איז ממש כפירות, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח.): "אָמַר רֶבִּי חִיָיא בַּר אַבָּא אָמַר רֶבִּי יוֹחָנָן: אֵין צַדִּיק נִפְטָר מִן הָעוֹלָם עַד שֶׁנִּבְרָא צַדִּיק כְּמוֹתוֹ", נאך זאגן חז"ל (שם): "וְאָמַר רֶבִּי חִיָיא בַּר אַבָּא אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן: רָאָה הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא שֶׁצַּדִּיקִים מוּעָטִין - עָמַד וְשָׁתְלָן בְּכָל דוֹר וָדוֹר". איז ווי קען מען זאגן אז עס איז נישט דא קיין צדיקים אין יעדן דור? ווען חז"ל זאגן (חגיגה יב:) אז די וועלט שטייט נאר אויף צדיקים,  און נאך זאגן זיי (סנהדרין צז:) אז אין יעדע דור זענען דא ל"ו צדיקים וואס זענען דבוק אינעם אייבערשטן, און זיי זענען זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער.


אנשטאט צו רעדן אין ברסלב פון די עצות וואס דער רבי געבט אונז, פון רעדן צום אייבערשטן און פונעם סדר דרך הלימוד, שטייט מען און מען רעדט נאר אז מען דארף אכטונג געבן פון מפורסמים של שקר; ליצי ליצנות, א בושה און א חרפה אז מען מאכט אוועק אלע ערליכע אידן, און דאס איז גורם אז מענטשן זענען ברוגז אויף ברסלב וכו'.


מיר האט געצויגן צו ברסלב פון ווען איך בין געווען א קינד, איך פלעג אייביג מקנא זיין די ברסלב'ער אידן, איך האב געוואוסט אז זיי זענען די באהאלטענע צדיקים אין אונזער דור, אבער עס פלעגט מיר שטערן געוויסע זאכן וואס דאס האט מיר מרחק געווען אלע יארן פון ברסלב, ביז איך האב זוכה געווען צו טרעפן מוהרא"ש זכרונו לברכה, און איך האב געזען אז אלע זאכן וואס האט מיר געשטערט איז נישט געווען אין היכל הקודש.


איינע פון די זאכן וואס האט מיר זייער געשטערט איז געווען, אז נאך זייענדיג א בחור ווען האב איך געטראפן ברסלב'ער אידן, פלעג איך זייער הנאה האבן צו שמועסן מיט זיי פון תכלית און פון התבודדות, און יעדעס מאל ווען איך האב געהערט פון זיי גוטע התחזקות פון רבי'ן, פלעג איך זאגן אז איך האב געזען די זעלבע התחזקות פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, און פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו, און יעדעס מאל פלעגט מען דאס אוועקמאכן מיט א ביטול, כאילו עס איז גארנישט דא אויסערן רבי'ן, און דאס פלעגט מיר זייער באדערן - פארוואס זיי מאכן אוועק אלע פריערדיגע צדיקים, און דאס איז געווען איינע פון מיינע עיקר מניעות נישט צו ווערן מקורב צום רבי'ן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, און איך בין אנגעקומען אין היכל הקודש, און געהערט ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט נאך ביי יעדע שיעור פון אלע צדיקים, האב איך זיך געפרייט אז איך האב געטראפן א פלאץ פון אמת, א פלאץ וואו מען איז מכבד ערליכע אידן, און א פלאץ וואו מען איז צוגעקלעבט צו יעדע צדיק.


ר' נתן האט אמאל געזאגט: "איך פיר א שענערע טיש פון רבי'ן", און ווען דעם רבינ'ס טאכטער אדל האט דאס געהערט, האט זי געפרעגט ר' נתן צי ער האט טאקע אזוי געזאגט, האט ר' נתן געזאגט: "יא, מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס, טיש אבער אלעס איז בזכות דעם רבי'ן"; דערפאר, אז דו שרייבסט כאילו עס איז נייע זאכן, און דער רבי האט דאך געזאגט: "מִמֶּנִּי עַד מָשִׁיחַ, כְּבָר לֹא יִּהְיֶה חֲדָשׁוֹת", וויל איך דיר זאגן, אז אלעס וואס מוהרא"ש האט גערעדט און געשריבן, איז אלעס פון רבי'ן, און עס איז גארנישט קיין נייע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - איך וויל אויסדרוקן מיין הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

שלום וברכה מיין טייערע ראש ישיבה,
איך האב נישט די ווערטער ארויסצוברענגען די דאנק געפילן וואס ס'איז דא פאר'ן ראש ישיבה. נאכ'ן שיעור גיי איך צו זאגן ש'כח אזוי ווי יעדער, אבער איך פיל אז דאס איז זייער זייער ווייט פון גענוג, מיין שאלה איז ווי אזוי קען מען ארויסווייזן די הכרת הטוב, דער ראש ישיבה געבט אונז לעבן, ער געבט פאר אונז שלום בית, ער איז זיך מבזה פאר מיר, ער טוט אלעס פאר זיינע תלמידים, ווי אזוי קען איך ארויסווייזן הכרת הטוב?
היות איך האב עס נישט וועמען צו פרעגן, פרעג איך עס פונעם ראש ישיבה. און איך בעט דעם ראש ישיבה אנטשולדיגונג פאר'ן פרעגן אזא שאלה.
א גרויסן יישר כח
יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד האברך יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זייער אסאך רעדן פון הכרת הטוב; אז א מענטש זאל שטענדיג האבן הכרת הטוב פאר איינעם וואס האט דיר געטון א טובה, בפרט פאר א רבי וואס האט אלעס אוועק געלייגט אין דער זייט, אבי אז נאך א איד זאל האבן א גוט לעבן, און נאך א איד זאל וויסן אז ער קען אויך לערנען די הייליגע תורה.


שלמה המלך זאגט (משלי יז, יג): "מֵשִׁיב רָעָה תַּחַת טוֹבָה, לֹא תָמוּשׁ רָעָה מִבֵּיתוֹ", ווער עס באצאלט צוריק שלעכטס פאר איינעם וואס האט אים געטון גוטס, זאל זיך נישט אפטון דאס שלעכטס פון אים; ווייל עס איז נישט דא קיין ערגערע מידה פון זיין א כפוי טובה, און א מענטש וואס איז א כפוי טובה, ווייזט עס, אז דער מענטש האט אין זיך אלע שלעכטע מידות; דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן קיינמאל נישט צו רעדן שלעכטס אויף א מענטש וואס האט דיר א טובה געטון, אויף קיינעם טאר מען נישט רעדן שלעכטס, אבער אז מען רעדט שלעכטס אויף איינעם וואס האט דיר געהאלפן, בפרט א רבי וואס האט זיך אינגאנצן אוועק געגעבן זיין לעבן, זיין משפחה, זיינע קינדער און זיין נאמען וכו' וכו', אלעס - נאר אז דו זאלסט האבן א גוט לעבן; דו זאלסט וויסן ווי אזוי מען לעבט אין שטוב מיט א ווייב און קינדער; ער האט פארלוירן זיין נאמען אלעס נאר פאר דיר – אויף אזא איינעם טאר מען נישט רעדן קיין שלעכטס.


ווען איינער בעט מיר אז איך זאל אים דערציילן מופתים פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וכו'; דערצייל איך וואס עס איז ביי מיר דער גרעסטער מופת, און דאס גרעסטע צדקות, אז א מענטש זאל שטיין און רעדן מיט מענטשן איבער פופציג יאר, בשעת די אלע מענטשן וואס ער האט געהאלפן - רובם ככולם, זענען געווארן זיינע גרעסטע מתנגדים; אלע גרויסע מנהיגים - סיי אין ברסלב און סיי אין דער וועלט, אלע האבן גענומען חיזוק פון דעם צדיק, און גערעדט האבן זיי אלע אויף אים מיט די ערגסטע לשונות, און פלא על גבי פלא, וַיִּפְנוּ מִשָּׁם הָאֲנָשִׁים - וַיֵּלְכוּ סְדֹמָה, וְמוהרא"ש עוֹדֶנּוּ עֹמֵד לִפְנֵי ה'...


דאס איז די מעלה פון א צדיק, אז וויפיל מען רעדט אויף אים, און וויפיל מען שפייט אויף אים, איז ער ביי זיך אזוי בטל, אז ער גייט ווייטער אן מיט זיין הייליגע ארבעט צו פארשפרייטן דעם אייבערשטן אויף דער וועלט. 


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב' סימן עב) אז א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען זיין אזוי ווי דער ערד; דער ערד ווערט נישט ברוגז אויף מענטשן ווען מען טרעט אויף אים, מען שפייט אויף אים, און מען ווארפט מיסט אויף אים וכו' וכו', דער ערד געבט ווייטער ארויס אלע גוטע פרוכט און אלע מענטשליכע באדערפענישן, אזוי אויך דארף א מענטש זיין א גוטער און א געבער, אפילו מען שפייט אויף אים, און אפילו מען רעדט אויף אים, זאל ער ווייטער זיין גוט צו יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.