שאלה אין קורצן ענין
#143 - נאכ'ן חוזק מאכן פון ברסלב אזוי לאנג, האט עס יעצט מיר געראטעוועט
חסידות ברסלב, קאראנע וויירוס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


את חטאי אני מזכיר היום, איך בין אלעמאל אוועקגעשטאנען פון ברסלב, איך פלעג אלץ חוזק מאכן פון די מענטשן וואס טיילן ארום די ברסלב'ע קונטרסים, אבער יעצט ווען איך זיץ שוין אזוי לאנג אינדערהיים מיט מיין ווייב און קינדער, איך בין איינגעהילט אין שרעק פון די קאראנע וויירוס, האב איך זיך געבראכן און אנגערופן די טעלעפאן ליין פון "קול ברסלב", און איך בין זיך ממש מחי' די שיעורים און חיזוק, עס האט מיר ממש צוריק געברענגט דאס קאליר אויפ'ן פנים, און איך האב אויך געבעטן מיין ווייב זי זאל נאר רופן "קול ברסלב", זי זאל נישט רופן די נייעס ליינס וואס דערשרעקן אזוי שטארק און לאזן נישט לעבן.


פאר דריי יאר צוריק איז אנגעקומען צו מיר אינדערהיים א ברסלב'ע קונטרס, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב עס נישט ארויסגעווארפן אין לויף פון די צייט, אבער יעצט האב איך עס אפירגעקראצט, און איך זע אז דער אייבערשטער האט עס צוגעגרייט ממש פאר מיר, ס'רעדט צו מיין הארץ, איך ליין דארט ממש וואס איך דארף יעצט צו הערן, און ס'איז ווי נערווען טאבלעטן פאר מיר אין די יעצטיגע שווערע צייט.


איך וויל אייך זייער שטארק איבערבעטן אז איך האב אזוי אוועקגעמאכט און חוזק געמאכט פון ברסלב די אלע יארן, ווייל היינט שפיר איך אז איך קען ממש נישט אנגיין אין לעבן אן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן, אלע וואלטן געלערנט דעם רבינ'ס ספרים; וואס קען מען טון אז דעם רבינ'ס זאך גייט מיט בזיונות, עס איז א געשפעט.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) ווי פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און איז דערנאך צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון, שם): "וואס פאר אן עצה האבן זיי זיך געטראפן? לאכן - מען לאכט פונעם רבי'ן, מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד", דאס איז די עצה; דער סמ"ך מ"ם מאכט זיכער אז מען זאל נישט מקורב ווערן צום רבי'ן דורכדעם וואס ער מאכט א געשפעט פונעם הייליגן רבי'ן. ווען ער זעט אז דער רבי איז מתקן אלעמען, דער רבי האט א שפראך צו אלע געפאלענע, אזוי ווי דער מציאות איז, אז ווען מען קומט קיין אומאן צינדט זיך אן אינעם מענטש אן אינערליכער פייער, דער מענטש הייבט אן בענקען צום אייבערשטן; וואס טוט דער סמ"ך מ"ם? ער לאכט אפ פון דעם און מאכט א געשפעט, ער פארשפרייט בילדער פון אינטערעסאנטע מענטשן וכו', אזוי האלט ער צוריק מענטשן פון קומען קיין אומאן.


די אלע וואס רעדן און שפעטן פון ברסלב - שפעטן נישט פון ברסלב; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז. מען מיינט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער; באמת איז דאס א פלאץ פון ווערן נאנט צום אייבערשטן, א פלאץ פון ווערן אן ערליכער איד, א פלאץ צו קענען לעבן דא אויף די וועלט א לעבן פון גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#142 - מיינע עלטערן רעדן קעגן מיין רבי, מעג איך זיי ענטפערן?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן דעם ראש ישיבה שליט"א'ס דרשות, האב איך אנגעהויבן זייער נזהר צו זיין אין כיבוד אב ואם, זיי מכבד צו זיין, און נישט צוריק ענטפערן ווען זיי שרייען מיר אן.


איך האב אבער געוואלט וויסן וואס די הלכה איז ווען מיינע עלטערן שרייען אויף מיר אז מיין רבי איז נישט קיין רבי, און נאך אזעלכע סארט נישט שיינע לשונות אויף דעם פלאץ וואו איך דריי זיך. מעג איך איר שיינערהייט זאגן אז דאס איז מיין רבי און איך טאר נישט הערן רעדן קעגן אים, אדער עפעס ענליך אויף אן איידעלע וועג, אדער זאל איך ענדערש אפשווייגן אזוי ווי אויף די אנדערע בזיונות וואס איך כאפ כסדר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווער דיין רבי איז און אין וועלכע פלאץ דו דרייסט זיך; אויב איז דיין רבי דער הייליגער רבי און דו דרייסט זיך אין היכל הקודש זאלסטו אודאי נישט ענטפערן ווען מען שרייט און מען שפעט פון אונז. אז דו וועסט נישט ענטפערן ווען מען פארשעמט דיר וועסטו זוכה זיין צו די ריכטיגע תשובה אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.


אונזער זאך איז אפשווייגן ווען מען האט א בזיון. מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רב א שטיק צואה, דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וואוסנדיג געמאכט נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו'. האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".


ענטפער נישט קיינעם, בפרט דיינע עלטערן; אז דיינע עלטערן רעדן אויפ'ן רבי'ן און אויף ברסלב'ע חסידים זאלסטו זיך האלטן שטיל און געלאסן, מיט דעם וועסטו אפשטילן אלע מחלוקת און קריגערייען. קיינער וועט דיר נישט קענען אפשוואכן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות מריבה, סימן לה): "מִי שֶׁהוּא עָצוּר בְּמִלִּין, לֹא יוּכַל אוֹתוֹ שׁוּם אָדָם", ווער עס ענטפערט נישט און רעדט נישט, קען אים קיינער נישט בייקומען.


אין זכות וואס דו געבסט אכטונג אויף די כבוד פון דיינע עלטערן וועסטו זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים, דו וועסט זוכה זיין צו די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#141 - ווי אזוי קען מען טוישן די שלום בית צום גוטן?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט מיטטיילן דעם גרויסן נס וואס האט פאסירט אין מיין לעבן. איך האב שוין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר צוריק, און פאר א לאנגע צייט האב איך געהאט אסאך שוועריגקייטן מיט מיין מאן. איך האב געפילט אז ס'איז מיר באשערט צו לעבן מיט א מאן וואס איז נישט אינטערעסירט אין מיר און האט מיר נישט צו שטארק ליב, ער האט בעסער ליב געהאט די גאנצע וועלט חוץ מיר.


דער מצב פון מיין שלום בית האט מיר שרעקליך געשטערט, איך האב אבער געשפריט ווי ס'איז גארנישט דא צו טון דערצו, איך בין אריבער זייער שווערע צייטן, און איך האב געטראכט אז איך דארף פשוט שלום מאכן מיט די מצב. ער האט נישט אויפגעהויבן א פינגער מיר צו העלפן אין שטוב, קיינמאל נישט געווען מיר מחזק צו זיין, איך וואלט שוין לאנג אהיימגעלאפן צו מיינע עלטערן, אבער ברוך ה' אז איך בין נישט געקומען פון צו א געזונטע שטוב, דערפאר האב איך בכלל קיינמאל געטראכט פון אהיים גיין, ווייל דארט האט מען מיר זייער צוקלאפט.


ביז איין טאג ווען ס'איז געשען דער גרויסער נס אז איך און מיין מאן האבן אנגעהויבן הערן די שעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם, אונזער גאנצע לעבן האט זיך ממש געטוישט, איך האב נישט גענוג ווערטער עס ארויסצוגעבן. מיין מאן האט זיך פלוצלינג אנגעהויבן אינטערעסירן און טראכטן וועגן מיר, עררעדט שיין צו מיר, ער האט מיר ליב, און ער האט מיר אנגעהויבן העלפן אינדערהיים.


ס'האט אויסגעזען ממש ווי א חלום, איך האב נישט געקענט גלויבן מיינע אויגן, אבער ס'איז דאך א פאקט, ס'איז ממש א ריזיגער נס, איך שפיר זיך ווי נאכאמאל חתונה געהאט, מיר זענען ביידע צוויי נייע מענטשן.


א גרויסן יישר כח, ראש ישיבה, פאר די הערליכע שיעורים וואס האט געראטעוועט אונזער לעבן, איך פיל זיך גליקליך און אויסגעהיילט מיט די אלע זיסע עצות. דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח אויף ווייטער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז ממש אזוי ווי איר שרייבט; ווען מען הויבט אן הערן דעם רבינ'ס ווערטער באקומט מען שכל, מען ווערט מען א נייע מענטש, מען הויבט אן לעבן א פרייליכע לעבן, מען הויבט אן לעבן אן עכטע לעבן; ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס דער רבי לערנט מיט זיינע מענטשן וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן, אלע וואלטן געלערנט דעם רבינ'ס ספרים.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך; דאס גייט אויך ארויף אויף א ברסלב'ע שטוב, די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא אין א ברסלב'ע שטוב, מען לעבט מיט ליבשאפט איינער מיט'ן צווייטן - וואס מען זעט נישט ביי אנדערע. ליידער הערט מען און מען זעט ביי זייער פיל משפחות אז מען לעבט נישט איינער מיט'ן צווייטן אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן; מען קריגט זיך, מען בארעדט זיך, דער מאן מאכט חוזק פון די ווייב פאר זיינע חברים, ער זוכט ווי ער קען איר אויסנארן און זאגן ליגנט, ער וויל נישט אהיים קומען, ער זוכט תירוצים וואס ער קען איר זאגן, און ביי די ווייב איז אויך אזוי, זי רעדט מיט אירע חבר'טעס אלע פריוואטע זאכן פון איר מאן, און עס איז נישט דא קיין ליבשאפט. אבער ווען מען לעבט מיט'ן צדיק, מען הערט זיך צו צו צום הייליגן רבינ'ס דיבורים, דאן ווערט ממש מקוים וואס דער רבי זאגט: "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך.


וואויל איז דעם וואס לעבט בשלום, מען געבט נאך איינער דעם צווייטן, מען זוכט דאס גוטס איינער ביים צווייטן; די וועלן האבן אלע ברכות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רוט אין שטוב, ווייל דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז 'שלום' (שבת י.), און אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה, מען איז זוכה צו אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#140 - ווי אזוי קענען מיר נעמען "היכל הקודש ברסלב" פאר אונזער וועגווייזער?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, אשר בנחל, היכל הקודש, עצתו אמונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס א גרויסן יישר כח פאר אלע בריוו, ניגונים, און שיעורים, וועלכע האבן ממש אויפגעלאכטן אונזער שטוב, איך מיט מיין מאן האלטן אלעס מיט, און דאס געבט אונז א וועג אין לעבן, מיין מאן באשלאסן אז נאר אין היכל הקודש ברסלב איז דא דער ריכטיגער מהלך פאר א אידישע שטוב.


מיר האבן אבער אסאך ספיקות און שאלות ווי אזוי זיך צו פירן ביי אסאך זאכן, און מיר ווייסן נישט ווי אזוי אנצוקומען און צו קענען פרעגן אלע אונזערע שאלות. מיר ווילן וויסן ווי אזוי מיר קענען אנקומען צום ראש ישיבה שליט"א אונז צו פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז נאר דורכ'ן לערנען דעם רבינ'ס ספרים קען מען האבן א שייכות מיט'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים האט מען א גלייכן וועג אין לעבן, ווייל אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אין רבינ'ס תורות, אין ליקוטי מוהר"ן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", אז מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


אזוי אויך אז מען לערנט דעם ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זיבעציג טויזנט בריוו, קען מען זען די גלייכע וועג אין לעבן; מען ווייסט ביי יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן, ווער עס האט א פראגע קען זען אין אשר בנחל קלארע תשובות ווי אזוי זיך צו פירן. מוהרא"ש האט געזאגט אז יעדער וואס האט א שאלה זאל עפענען אן "אשר בנחל" וואו ער וועט טרעפן א תשובה; דאס איז בדוק ומנוסה.


אויך זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין ספר "עצתו אמונה"; יעדער בריוו איז שכל פאר'ן לעבן, יעדע בריוו איז שייך פאר יעדן מענטש, פון יעדע בריוו קען מען ארויסנעמען נאך שכל פאר'ן לעבן. מאכט זיך א שיעור דערין, יעדן טאג זאלט איר לערנען אפאר בריוו, אלע ספיקות און שאלות וועלן אייך פארענטפערט ווערן; אלעס וואס שטייט אין די בריוו איז גענומען פון מוהרא"ש, פון ספר אשר בנחל, עס איז געשריבן אויף א שפראך פאר'ן היינטיגן דור.


נאר אזוי וועט איר האבן שייכות מיט היכל הקודש, אזוי ווי מוהרא"ש האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האט זיך געשטופט דוקא אנצוכאפן מוהרא"ש'ס האנט ביים טאנצן: "דו ווילסט מיר אנכאפן? לערן אשר בנחל, אזוי וועסטו מיר אנכאפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#139 - ווי אזוי קען איך צוריק ברענגען מיין שווער קיין ברסלב?
שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, משפחה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל וויל איך זיך באדאנקען אויף מיין לעבן, איך בין שוין עטליכע און צוואנציג יאר אלט, אבער למעשה לעב איך קוים א האלבע יאר. פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האב איך אנגעהויבן לעבן, איך האב אנגעהויבן ליב האבן צו לעבן, מיין שלום בית האט זיך געטוישט, מיין תורה און תפלה האט זיך געטוישט, און מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט, א גרויסן יישר כח.


מיין שאלה איז אזוי, מיין שווער איז זייער א חשובער איד, אן עובד ה' און זייער א וואוילער מענטש. יארן צוריק פלעגט ער האבן שייכות מיט ברסלב און ער פלעגט פארן אויף אומאן, אבער צוליב די פאליטיק וואס האט זיך דארט אפגעטון האט ער זיך זייער פארעקלט פון ברסלב, ער האט אויפגעהערט פארן קיין אומאן, און ער וויל נישט האבן גארנישט מיט ברסלב. זייט דעמאלט איז ער ממש אליין אויף דער וועלט, ער באלאנגט נישט צו קיין שום פלאץ אדער חסידות.


עס שטערט אים נישט אז איך בין אנגעקומען אויף ברסלב, און ער האט אויך א זון אין ברסלב, אבער איך זע ווי ער מוטשעט זיך אזוי שטארק אין לעבן, און איך האב ממש רחמנות אויף אים. איך וואלט זייער געוואלט אים אומקערן צום הייליגן רבי'ן דורך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען דאס טון אויף א קלוגע וועג אן אים צו טשעפען און אן צו שטערן זיין שלום בית, און אזוי ווייטער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין שווער האט אפגעלאזט ברסלב צוליב די זעלבע סיבה פארוואס רבי נתנ'ס שווער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא): דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט אין אוקריינא: שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "דיין שווער איז א צדיק", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו געזאגט אויף אים: "וואו ער גייט, גייט אליהו הנביא מיט מיט אים"; דער רבי דוד צבי האט נישט ליב געהאט חסידים, ער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.


אין אנהייב איז רבי דוד צבי געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קוריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן אנטגעקען דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צי רבי מיכל זלאטשובער זי"ע און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זי"ע, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'. עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידעמער ווי ער פלעגט רעדן צו זיי אנטקעגן חסידים.


דאס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס פעלט אויס די אלע מחלוקות און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש הנשה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה), איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, א קשיא וואס זיין שווער האט מיט אים געלערנט אלע יארן, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז די אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים דאס איז נאר ווייל מען וויל דיר פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיר צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


דיין שווער איז נישט דער איינציגסטער וואס האט אפגעלאזט ברסלב צוליב מחלוקת וכו', זייער אסאך מענטשן זענען אנטלאפן פון ברסלב צוליב די עזות פנימ'ער וואס מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן, און אסאך ווערן נישט מקורב און לאזן נישט זייערע קינדער מקורב ווערן צוליב די וואס מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "וְהִנֵּה הָיָה רָאוּי שֶׁיִּמָּשְׁכוּ כָּל בְּנֵי אָדָם לְזֶה הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בְּחִינַת עָפָר שֶׁיֵּשׁ לוֹ כּחַ הַמּוֹשֵׁך כַּנַּ"ל", די גאנצע וועלט וואלט זיך ווען צוגעקלעבט צום צדיק, "אַךְ עַל יְדֵי כֹּחַ הַמַּכְרִיחַ, מַפְסִיקִין וּמַרְחִיקִין מִמֶּנּוּ. הַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ בְּנֵי אָדָם, שֶׁעַל יְדֵי דִּבּוּרָם וּמַעֲשֵׂיהֶם הֵם מַכְרִיחִים אֶת בְּנֵי אָדָם, לְהַפְסִיקָם וּלְהַרְחִיקָם מֵהַצַּדִּיק", נאר עס זענען פארהאן מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייער רעדן זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך צוריק האלטן פון קומען צום צדיק.


די בעסטע וועג מקרב צו זיין דיין שווער צוריק צו קומען צום רבי'ן איז דורך דיין התנהגות; אז דו וועסט זיך אויפפירן ווי א תלמיד היכל הקודש וועסטו מקרב זיין דיין גאנצע משפחה צום רבי'ן. זייער אסאך תלמידי היכל הקודש האבן זוכה געווען צו מקרב זיין זייער גאנצע משפחה צום רבי'ן דורך זייער התנהגות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#138 - זאל איך אפלאזן מיין אלטע חסידות, און קומען קיין ברסלב?
שלום בית, חסידות ברסלב, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס האבן מיר ממש געטוישט דאס לעבן, איך האב ב"ה אנגעהויבן לערנען משניות, מעביר סדרה זיין, און נאך שיעורים, און אויך האב איך זיך אנגעהויבן באנוצן נאר מיט א כשר'ע טעלעפאן.


מיין פראגע איז אזוי, איך בין א בעל תשובה, איך בין געווארן פרום ווען איך בין געווען זעכצן יאר אלט, איך בין דעמאלט געווען אין קאלעדזש און דארט בין איך מקורב געווארן צו א געוויסע חסידות. איך האב ב"ה זוכה געווען צו טרעפן מיין טייערע אשת חיל פון יענע חסידות, און מיר האבן ב"ה א גוט לעבן.


ווען איך בין געווארן פרום האב איך געהאט פאר זיך צוויי צילן, איינס צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און אים צו דינען, און צווייטנס זיך אומצוקערן צו מיין שורש, צו מיינע אור עלטערן וואס זענען געווען ערליכע אידן אין דער אלטער היים. לעצטנס האב איך אבער אויסגעפונען אז מיין משפחה שטאמט פון די געגנט פון אומאן און טולטשין, און זיי זענען געווען חסידים פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן, און דאס האט מיר געברענגט א שטארקע בענקעניש צו ברסלב'ע חסידות, איך וויל זיך פארבינדען צום רבי'ן און גיין אין זיינע דרכים, אבער ווי פארשטענדליך איז דאס זייער שווער פאר מיין ווייב אנצונעמען, וואס זי קומט פון א צווייטע חסידות. בין איך גערעכט אז איך וויל איבערלאזן די פריערדיגע חסידות און גיין קיין ברסלב? און אויב יא, ווי אזוי קען איך בארואיגן מיין ווייב אז דאס זאל איר נישט שטערן?


אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען זיין בקשר מיט א ברסלב'ער משפיע, צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן?


יישר כח פאר אייער הילף.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט אפגעלאזט דיין אלטע וועג און דו האסט זיך אומגעקערט צום אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים - שָׁם אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמֹד", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; נאך זאגן חז"ל (פסיקתא דרב כהנא): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֵר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה, מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שָׁנִים; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לִפְנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווי נאר א מענטש טראכט נאר פון תשובה - ער וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד.


דו דארפסט נישט אפלאזן דיין אלטע חסידות וכו', ווייל ברסלב'ער חסידות איז נישט קיין סתירה מיט קיין שום חסידות און אפשטאם; בסך הכל וויל דער רבי אונז ברענגען צו די מדריגה אז מיר זאלן לעבן מיט א שטארקע אמונה. דער רבי וויל איין זאך פון אונז, מיר זאלן שטענדיג רעדן צום אייבערשטן; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, אויף מאמע לשון, מען זאל אלעס דערציילן פאר'ן אייבערשטן; אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ וכו' און אז וויפיל מאל מען וויל זיין גוט וכו' גייט עס נישט.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער וואס האט געטוישט רבי נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דאס ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


ווען א מענטש הייבט אן פאלגן דעם רבי'ן, יעדן טאג רעדט ער זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער דאנקט אים אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אים אויף אלעס וואס ער דארף און ער דערציילט אים אלעס וואס באדערט אים, און אויב מען איז אראפגעפאלן און געטון שלעכטע מעשים דערציילט מען עס פארן אייבערשטן, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין - אזא מענטש לעבט שוין דא בזה העולם אין "גן עדן", אזא מענטש לעבט א חיים טובים, ווייל ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען און קיינער קען אים גארנישט שלעכטס טון.


אז דו ווילסט וויסן וואס איז ברסלב'ער חסידות, זאלסטו נעמען דעם רבינ'ס ספרים, דאס וועט דיר מחזק זיין און נישט לאזן פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.


 

#137 - מעג איך אפזאגן א שידוך ווייל יענער איז נישט חסידיש?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון א ליטווישע משפחה, אבער מיין הארץ האט אלץ געצויגן צו די חסיד'ישע דרך, און לעצטנס אויך צו די ברסלב'ע דרך, איך שפיר אז דאס איז די ריכטיגע וועג, אבער איך האב אסאך ספיקות אויב ס'איז ריכטיג אז א מיידל זאל זיך אליין אויסקלויבן א וועג אין לעבן, אנדערש ווי איר טאטע און משפחה.


אויך וועגן שידוכים בין איך זייער צעמישט. איך בין 24 יאר אלט, שוין כמעט צוויי יאר אין שידוכים, און איך וויל זייער א חסיד'ישע שידוך, און יעצט אויך א ברסלב'ע שידוך, אפילו ער זאל נישט זיין אפיציעל ברסלב אבער כאטש אין הארץ זאל ער האבן די ברסלב'ע דרך, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי דאס זאגן פאר מיינע עלטערן.


איך האב נישט קיין נארמאלע קשר מיט מיינע עלטערן, איך קען זיי נישט מסביר זיין מיינע געפילן, ווייל ס'איז זייער ווייט אין זייערע אויגן, און איך ווייס נישט אויב זיי וועלן האלטן דערביי. עס האט זיך שוין גערעדט עטליכע ליטווישע שידוכים, איך האב זיי פרובירט צו פארשטיין געבן אז איך וויל עפעס מער חסידיש, אבער זיי האבן נישט געוואלט פארשטיין וואס איך וויל.


איך וויל וויסן אויב ס'איז ריכטיג אפצוזאגן א שידוך, אויב איז ער א גוטער בחור אבער ער איז נישט חסידיש, ווייל איך שפיר אז איך נישט מצליח זיין זיך צו פארשטיין אין לעבן מיט א טרוקענעם ליטוואק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אסאך מענטשן וואס ווערן מקורב צום רבי'ן האבן דעם טעות, מען מיינט אז כדי צו ווערן א ברסלב'ער חסיד דארף מען אפלאזן די וועג פון די עלטערן וכו'; ווער הייסט אייך אפלאזן זייער וועג? איר דארפט נישט אפלאזן די וועג פון אייערע עלטערן, בלייבט ווי אזוי אייער משפחה פירט זיך און נעמט די עצות און התחזקות פון רבי'ן.


ברסלב'ער חסידות איז נישט קיין סתירה מיט קיין שום חסידות און אפשטאם; בסך הכל וויל דער רבי אונז ברענגען צו אזא מדריגה אז מיר זאלן לעבן מיט א שטארקע אמונה. דער רבי וויל איין זאך פון אונז, מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן א גאנצע צייט; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, אויף מאמע לשון, מען זאל אלעס דערציילן פאר'ן אייבערשטן; אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ וכו' און אז וויפיל מאל מען וויל זיין גוט וכו' גייט עס נישט.


בנוגע אפזאגן שידוכים; איר זענט שוין פיר און צוואנציג יאר, אויף וואס ווארט איר? פארוואס זאגט איר אפ שידוכים? ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה און האב חתונה; מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן.


אז מען טראגט אייך אן א גוטער בחור זאלט איר זיך טרעפן מיט אים און זען זיינע מידות און יראת שמים און וואס שנעלער חתונה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#136 - וועלכע ברסלב'ע ספרים זאל איך לערנען?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, אשר בנחל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל ווערן מקורב צו ברסלב, איך קען זיך אבער נישט אויס אין די ברסלב'ע ספרים. וועלכע ספרים זענען דא אין ברסלב, און וועלכע ספרים זאל איך לערנען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הייב אן מיט'ן לערנען די שיחות און מעשיות פון רבי'ן; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. מאך זיך א שיעור אין ספר חיי מוהר"ן, אין ספר שיחות הר"ן, סיפורי מעשיות און אין ספר המידות; די ספרים וועסטו פארשטיין און דו וועסט טרעפן דערין גרויס חיזוק און ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן; אן ערליכער איד מיין איך אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און ער וועט טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען קען צוקומען ווען מען לערנט די עצות פון רבי'ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיר נישט; ווייל ווען עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר - און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס וועט ער זייער חרטה האבן, טראכטנדיג: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


אזוי אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אינעם ספר 'אשר בנחל'; מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפ געברענגט פאר אונז אויף א פשוט'ע שפראך. אזוי ווי מען צעדריקט אן עפל פאר א קינד וואס קען נאך נישט עסן קיין גאנצע עפל, אזוי האט מוהרא"ש געטון - צעדריקט און צעריבן דעם רבינ'ס ספרים פאר אונז פשוט'ע מענטשן וואס מיר פארשטייען נישט קיין טיפע תורות וכו', אז מיר זאלן דאס פארשטיין און לעבן מיט דעם.


דער וואס לערנט דעם ספר אשר בנחל ווערט נישט צעפאלן און צעבראכן ווען עס גייט איבער אויף אים שוועריקייטן; פרוביר דאס אויס וועסטו האבן התחזקות אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#135 - די שיעורים געבן מיר לעבן
חסידות ברסלב, שיעורים כסדרן, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך נאר געוואלט באדאנקען אויף די פילע חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א אין מיינע שטורעמישע וואסערן. איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בערך א יאר צוריק, איך פאר אסאך אויף לאנגע וועגן לצורך פרנסה, איך פאר אויף ווייטע פלעצער אוועק פון אידישע געגנטער, און איך הער אויפ'ן וועג די געוואלדיגע שיעורים און דאס געבט מיר עצות און חיזוק אנצוגיין אין לעבן מיט'ן אייבערשטן, עס העלפט מיר אזוי סאך אין אלע ענינים, בפרט אין בטחון, און אין לימוד התורה וואס איך האב ממש אנגעהויבן צו לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה.


איך זאג אויס דעם יום תהלים יעדן טאג טעגליך בלויז אויף די וועגן ווען איך שטיי אין טרעפיק אדער ביי א רויט לייט, ווי אויך כאפ איך אריין אסאך פרקים משניות אזוי אונטערוועגנס. איך לערן יעדן טאג חומש רש"י, איך האב אנגעהויבן פאריאר פרשת ואתחנן, און יעצט האב איך געענדיגט צום ערשטן מאל גאנץ חמשה חומשי תורה, איך האב שוין געזאגט 60 מאל תהלים, און אויך געענדיגט אפאר חלקים "אשר בנחל", וואס איך פיר זיך צו לערנען יעדן אינדערפרי פאר איך הויב אן דעם טאג, דאס געבט מיר אומגעהויערע חיזוק טעגליך, איך טרעף דארט ממש אלעס מיינע דאגות פונעם טאג, מיט א גוטע עצה אויף יעדע זאך. ווי אויך טו איך אלע השתדלות צו דאווענען מיט מנין דריי מאל א טאג.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך הצלחה אויף ווייטער מיט אייער הייליגע ארבעט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; דער רבי וואשט אונז אפ פון אונזערע פלעקן און רייניגט אונז פון אונזערע עבירות.


אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה צו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכע איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; דאס זעט מען ממש בחוש, אז ווער עס נעמט אן דעם סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) דער לערנט שטענדיג, ווען מען האט נאר אן איבעריגע מינוט כאפט מען אריין נאך לימוד התורה און מען איז זוכה אנצוקומען צו אלע מקומות אין די תורה: מקרא – תורה, נביאים וכתובים, משנה – ששה סדרי משנה און תוספתא, גמרא - בבלי ירושלמי און אלע מדרשים.


דער רבי ברענגט אריין אין אונז אמונה ובטחון מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן און מיר זאלן נישט פארגעסן קיין איין רגע פונעם אייבערשטן, דאס גאנצע לעבן איז אן אנדערע לעבן מיטן רבי'ן, ווייל ווען מען לעבט מיט א צדיק איז אלעס גרינגער, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (ברכות לג:) אויפן פסוק (דברים י, יב): "וְעַתָּה יִשְׂרָאֵל מָה ה' אֱלֹקֶיךָ שֹׁאֵל מֵעִמָּךְ, כִּי אִם לְיִרְאָה אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ, לָלֶכֶת בְּכָל דְּרָכָיו וּלְאַהֲבָה אֹתוֹ, וְלַעֲבֹד אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ", - משה רבינו זאגט פאר כלל ישראל: "וואס בעט שוין דער אייבערשטער פון אייך, נאר צו האבן יראת שמים", פרעגן די הייליגע חכמים: "אַטּוּ יִרְאַת שָׁמַיִם מִילְתָא זוּטְרְתָא הִיא", יראת שמים איז עפעס א קלייניקייט, אז דו זאגסט: "וואס בעט שוין דער אייבערשטער, נאר צו האבן יראת שמים?!" ענטפערט די גמרא: "אִין, לְגַבֵּי מֹשֶה מִילְתָא זוּטְרְתָא הִיא", פאר משה רבינו איז יראת שמים א קלייניקייט; פרעגט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו (עיין דגל מחנה אפרים פרשת תצוה, בתחילת הפרשה) למעשה רעדט דאך משה רבינו צו כלל ישראל, איז דאך ווייטער שווער די קשיא, איז דען יראת שמים א קלייניקייט, אז ער זאגט: "וואס בעט שוין דער אייבערשטער פון אייך נאר צו האבן יראת שמים?!" זאגט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע אז דער תירוץ וואס די גמרא ענטפערט איז נישט פשט מען רעדט אויף משה רבינו, נאר מען רעדט צו אלע אידן וואס האבן א רבי, וואס האבן א צדיק, - "לְגַבֵּי מֹשֶה", אז מען גייט צו א צדיק, מען איז דבוק אין משה רבינו, "מִילְתָא זוּטְרְתָא הִיא", דעמאלט איז יראת שמים א קלייניקייט, ווייל דער צדיק ברענגט זיינע מענטשן צו זיין מדריגה.


דאס קענען אלע מעיד זיין, אז ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן איז דאס עבודת השם גאר אנדערש, עס איז "יִרְאַת שָׁמַיִם מִילְתָא זוּטְרְתָא הִיא", מיט די וועג פון רבי'ן איז דאס גרינג פאר אלעמען, עס איז ווי עס שטייט (דברים ל, יד): "בְּפִיךָ וּבִלְבָבְךָ לַעֲשׂוֹתוֹ".


דער רבי ברענגט אונז צו צו די גרויסע מדריגות פון די פריערדיגע צדיקים; דער רבי נעמט פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען און מאכט אונז רעדן צום אייבערשטן, דער רבי מאכט מיר זאלן לעבן מיט אמונה און זיין דבוק צום אייבערשטן.


ווען מען רעדט צום אייבערשטן ווערט אויפגעבויעט די אמונה, דער מענטש הייבט אן שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, מען לעבט פיר און צוואנציג שעה מיט א דביקות צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#134 - פארוואס זאל מען נישט פארן אין פעלד מאכן התבודדות?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איידער איך פרעג מיין שאלה וויל איך זיך קודם באדאנקען אויף אלע שיעורים און חיזוק, אין זכות פון די שיעורים בין איך ב"ה זוכה צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי מיט א פרק תוספתא, און נאך שיעורים, און אויך האב איך לכבוד דעם אריינגעברענגט דעם אייבערשטן אין מיין שטוב, יעדע זאך זאגט מען ברוך ה', בעזרת ה', און אזוי ווייטער.


יעצט צו מיין שאלה, דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אז ברסלב'ע חסידים טוען אלעס וואס דער רבי שרייבט בתמימות ופשיטות אן קיין חכמות. פארוואס ווען עס קומט אבער צו רעדן צום אייבערשטן, וואס דער רבי שרייבט קלאר אז ס'זאל זיין אין פעלד צווישן די גראז, פארוואס פונקט ביי דעם זאגט מען אז ס'מיינט נישט דוקא אין פעלד, נאר מ'קען איבעראל רעדן צום אייבערשטן, און מוהרא"ש זאגט אז מ'קען זיך פארשטעלן ווי די גאנצע וועלט איז א וואלד, און די גוים זענען די חיות, וכדומה. פארוואס זאל מען נישט מקיים זיין בתמימות ופשיטות צו רעדן צום אייבערשטן אין פעלד אזוי ווי דער רבי שרייבט?


איך פרעג נישט חס ושלום לקנטר, איך וויל באמת פארשטיין, תורה היא וללמוד אני צריך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנשי שלומינו וואס וואוינען צווישן פעלדער און וועלדער זענען טאקע מקיים וואס דער רבי זאגט אז מען זאל זיך מתבודד זיין צווישן די גראז; עס איז דאך גאר אנדערש דאס התבודדות וואס מען מאכט אין פעלד צווישן די גראז ווי דאס התבודדות אין שטאט. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר זיין טאכטער שרה, בשעת ווען ער איז געגאנגען מיט איר אויף א שפאציר: "ווען דו וואלסט ווען זוכה געווען צו הערן דאס געזאנג פון די גראז וואלסטו געהערט ווי יעדע גראז זינגט און לויבט דעם אייבערשטן; ווי גוט און ווי אנגענעם איז צו הערן ווי זיי זינגען זייערע לידער און ווי וואויל איז זיך צו מתבודד זיין צווישן זיי (שיחות הר"ן, סימן קסג)"; מיר הערן נישט די שירות ותשבחות פון די גראז אבער מיר שפירן עפעס אן אנדערע טעם בשעת מען איז צווישן זיי.


היות אז נישט יעדער איינער איז זוכה צו וואוינען צווישן פעלדער און וועלדער, אסאך מענטשן וואוינען אין שטאט אין פלעצער וואו עס איז נישט דא קיין פעלדער –דארף מען זיי מחזק זיין זיי זאלן זיך מתבודד וואו אימער מען געפונט זיך. דאס לערנט אונז מוהרא"ש, מיר זאלן לעבן מיט'ן מציאות.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט צו לעבן אין ווירקליכקייט (ריאליטעט) און זיך נישט לאזן נארן, מען זאל נישט אפשטופן דאס רעדן צום אייבערשטן אויף ספעציעלע געלעגנהייטן, ווען מען וועט האבן א פעלד וכו', נאר וואו מען געפונט זיך זאל מען זיך פון דארט מקשר זיין און זיך צוקלעבן צום אייבערשטן.


מוהרא"ש דערציילט אז עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א גרויסער סוחר, אמאל האט מען אים געפונען זיצן אין גאס וויינען, איז מען צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט: "וואס גייט פאר? פארוואס וויינסטו? וואס האט פאסירט?" קודם האט ער זיך פרובירט ארויסצודרייען און נישט ענטפערן, אבער ווען מען האט אים אסאך געמוטשעט האט ער גענטפערט נישט מער און נישט ווייניגער: "איך וויין צום אייבערשטן אז איך וויל זיין אן ערליכער איד", האט מען אים געפרעגט: "פארוואס וויינסטו דא אין גאס? גיי אריין אין שול, דארט איז די פלאץ פון תשובה און תיקון המעשים!" האט ער געענטפערט: "איך האב געהערט פון רבי נתן נאכזאגן פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קכד): 'לִּפְעָמִים מַגִּיעַ לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְהִשְׁתּוֹקְקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּאֵיזֶה מָקוֹם', ווען א מענטש האט א הרהור תשובה זאל ער דאס נישט אפשטופן אויף שפעטער נאר ער זאל בלייבן דארט וואו ער שטייט, 'שֶׁצָּרִיךְ שָׁם בְּאוֹתוֹ הַמָּקוֹם דַּיְקָא, לְהִתְחַזֵּק בְּזֶה הַהִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְהַהִשְׁתּוֹקְקוּת, כְּגוֹן לְדַבֵּר שָׁם אֵיזֶה דִּבּוּרִים שֶׁל תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת אוֹ דִּבְרֵי הִשְׁתּוֹקְקוּת בַּפֶּה וּבַלֵּב כְּפִי הָעִנְיָן', און פון דארט זאל ער ארויס זאגן אפאר ווערטער פאר'ן אייבערשטן, 'וְלֹא יַמְתִּין וְלא יָזוּז מִמְּקוֹמוֹ', ער זאל נישט ווארטן אויף שפעטער און נישט אוועק גיין פון וואו ער געפונט זיך, 'אַף עַל פִּי שֶׁאֵין זֶה הַמָּקוֹם מוּכָן לְכָךְ, כְּגוֹן שֶׁלֹּא בִּמְקוֹם קְבִיעוּת לְתוֹרָה וּתְפִלָּה, רַק בְּדֶרֶךְ הִלּוּכוֹ וְכַיּוֹצֵא', אפילו די פלאץ איז נישט געאייגנט פאר תורה און תפילה, ער איז אינטערוועגענס וכדומה, 'כִּי כְּשֶׁיָּזוּז מִמְּקוֹמוֹ, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁיִּפְסֹק', ווייל אויב וועט ער דאס אפשטופן וועט אוועק גיין זיין התעוררות, 'וְכֵן מִמֶּנּוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה בְּעַצְמוֹ רָאִינוּ עִנְיָן כָּזֶה כַּמָּה פְּעָמִים', און אזוי האבן מיר געזען ביים רבי'ן אסאך מאל", עיין שם.


איך ווייס נישט פארוואס דו טראכסט אז אנשי שלומינו זענען דאס נישט מקיים, בשעת עס זענען פארהאן צענדליגער טויזנטער בריוון פון מוהרא"ש געשריבן פאר אנשי שלומינו וואס וואוינען אין 'יבניאל עיר ברסלב', אז זיי זאלן זיך מתבודד זיין אויף די בערג און אויף די פעלדער פון יבניאל. עפן דעם ספר אשר בנחל וועסטו זען בריוו נאך בריוו ווי מוהרא"ש שרייבט: "גיי ארויף אויפ'ן בארג יעדן טאג און שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן, וועסטו האבן א ישועה".


מוהרא"ש האט אוועק געמאכט דאס וואס חברים נעמען זיך צוזאם און מען פארט צוזאמען אין פעלד וכדומה מאכן התבודדות וכו', ווייל שלימות התבודדות איז ווען מען גייט איינער אליינ'ס - בד בבד יהי' קודש; מען זוכט א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, וואו קיינער הערט נישט און ווייסט נישט וואו מען געפונט זיך, מען גייט אליינס מיטן אייבערשטן און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ. דאס איז וואס מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן טון. מה שאין כן ווען מען גייט צוזאמען איז דאס א שפיל; דער שרייט הויך, קומט דער צווייטער און שרייט נאך העכער, קומט דער דריטער וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#133 - מוז מען גיין אין פעלד צו מאכן התבודדות, אדער נישט?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אביסל צעמישט איבער וואס עס מיינט התבודדות. פון איין זייט האב איך געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מוהרא"ש פלעגט פארן צו "מארין פארק" צו מאכן דארט התבודדות, זעט אויס אז מ'דארף באשטימען א פלאץ וואו צו מאכן התבודדות. און פון די אנדערע זייט מאכט מוהרא"ש חוזק פון די וואס דינגען א טענדער ארויסצופארן איינמאל א וואך דאנערשטאג צו גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, מוהרא"ש פלעגט זיך אויסדרוקן, "און וואס וועט זיין ביז דאנערשטאג?". און דער ראש ישיבה זאגט אויך כסדר אז מ'קען מאכן התבודדות סיי ווי אימער מ'איז.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א דאס אויסקלארן? א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ד): "רַבִּי חֲנִינָא בֶּן חֲכִינַאי אוֹמֵר, הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה וכו'" - מורא'דיגע סודות וואס מען איז זוכה ווען מען איז זיך מתבודד. דער רבי טייטשט אויס דעם גאנצן מאמר אויף התבודדות. "הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה", ווען מען איז אויף ביינאכט, מען איז זיך מתבודד און מען שמועסט זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן, "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי", מען גייט התבודדות ביינאכט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, ווייל דער עיקר שלימות פון התבודדדות איז אז מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, און דארט זאל מען זיך אויסרעדן, אויסשמועסן און דערציילן אלעס פאר'ן אייבערשטן. "וּמְפַנֶּה לִבּוֹ לְבַטָּלָה", ער איז זיך מבטל אינגאנצן צום אייבערשטן, ער טראכט נישט פון זיינע זאכן נאר ער ליידיגט אויס זיין הארץ, דורכדעם איז ער זוכה צו קומען - "הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְּנַפְשׁוֹ", צו אזא מדריגה אז ער ווערט נכלל אינעם אייבערשטן וואס איז א חיוב המציאות.


דער יסוד היסודות אין חסידות ברסלב איז 'התבודדות'. קיינער מאכט נישט חוזק פון גיין אין פעלד רעדן צום אייבערשטן, מען קען נישט קריגן אויפן רבינ'ס ווערטער פון גיין התבודות אין פעלדער און אין וועלדער. דער רבי האט בפירוש געזאגט: "איך האב געוואלט מיינע מענטשן זאלן זיך דרייען אויף פלעצער וואו מענטשן קומען נישט אן דארט".


מוהרא"ש פלעגט אוועק מאכן דאס וואס מען נעמט זיך צוזאם חברים און מען פארט צוזאמען מאכן התבודדות וכו'. ווייל שלימות התבודדות איז ווען מען גייט איינער אליינס; קיינער הערט נישט און ווייסט נישט וואו מען געפונט זיך, מען גייט אליינס מיטן אייבערשטן. מה שאין כן ווען מען גייט צוזאמען איז דאס א שפיל, דער שרייט הויך קומט דער צווייטער און שרייט נאך העכער, קומט דער דריטער וכו'; אזוי אויך אויב מען האט נישט קיין פעלדער און וועלדער, מען וואוינט אין שטאט - זאל מען נישט זוכן תירוצים נישט צו גיין התבודדות און ווארטן אויף ליל שישי זיך צוזאמנעמען וכו', נאר מען דארף זיך מתבודד זיין וואו מען שטייט און וואו מען גייט. אבער אז מען קען טרעפן א פלאץ וואו מענטשן דרייען זיך נישט און דארט זיך מתבודד זיין - איז נישט שייך דאס אוועק צו מאכן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן אלס בחור ביי די זעכצן יאר, פלעגט ער אסאך גיין אין פעלדער און אין וועלדער רעדן צום אייבערשטן. אין אנהייב האט ער זייער מורא געהאט צו זיין איינער אליינס אין וואלד, אויך האט ער מורא געהאט פון די חיות וכו', און עס איז אים זייער שווער געווען, האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#132 - מעג מען גיין צום דאקטער און נעמען מעדעצינען?
רפואה, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים, ממש מחיה נפשות, ווען מ'צינדט אן הויך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א ביי אונז אינדערהיים, שפירט מען ממש אזא שטארקע אמונה, אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אלעמאל און מיר דארפן זיך נישט זארגן פאר קיין שום זאך.


ביי אונז פלעגט מען זיך פירן אז עמיצער האט נישט גוט געפילט, האט מען גענומען אביסעלע מאטרין אדער טיילענאל קודם אוועקצונעמען די שמערצן, און דענאך האט מען גענומען אביסל וויטאמינען, צום ביישפיל וויטאמין סי אדער די, און פארשטייט זיך געבעטן אסאך דעם אייבערשטן אז ס'זאל אוועקגיין די גאנצע פארקילעכץ וכדומה.


לעצטנס האב איך אבער געזען א שיחה אין ספר אבניה ברזל אז מ'זאל נישט גיין צו דאקטורים, אז די דאקטורים די שלוחים פונ'ם מלאך המות, און אזוי ווייטער אז די דאקטורים זענען זייער שעדליך. אויך שטייט דארט אז דער רבי האט געזאגט פאר איינעם, "ווען מ'איז געזונט דארף מען טון און טון אין עבודת ה', און ווען מ'איז נישט געזונט לייגט מען אוועק דעם שער און אייזן", וואס פון דעם זעט אויס אז אפילו ווען די קרענק שטערט צו עבודת ה', זאל מען אויך נישט גיין צו דאקטורים, און אויך נישט נעמען קיין רפואות.


פון דעם זע איך אז מ'טאר נישט נעמען קיין וויטאמינען, און זיכער נישט קיין טיילענאל און מאטרין.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר קלאר שטעלן וואס און וויאזוי מען מעג יא נעמען רפואות, און ווען מ'טאר נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אמת טאקע אז דער רבי האט אונז זייער אנגעווארנט מיר זאלן זיך היטן פון דאקטורים וכו'; אבער פון רבינ'ס צייטן ביז היינט האט זיך געטוישט די וועג און מיטלען פון רפואות ווי פון הימל ביז'ן ערד, די רפואות היינט זענען זייער פארגעשריטן און היינטיגע דאקטורים זענען נישט די דאקטורים פון אמאל. דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט אז ווען מען גייט שוין יא צום דאקטער זאל מען גיין צום גרעסען דאקטער, דעריבער זאלסטו זיך נישט צוריק האלטן פון גיין צום דאקטער און פון נעמען רפואות.


פארשטייט זיך אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר מען גייט צום דאקטער, און געבן צדקה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג) אז ווען א מענטש גייט צום דאקטער זיך היילן וכו' זאל ער געבן צדקה, און מען זאל מאכן א פדיון נפש פאר מען גייט צום דאקטער זיך היילן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה נה.): "בְּשָׁעָה שֶׁמְשַׁגְרִין יִסּוּרִין עַל הָאָדָם, מַשְׁבִּיעִין אוֹתָן שֶׁלֹּא תֵּלְכוּ אֶלָּא בְּיוֹם פְּלוֹנִי, וְלֹא תֵּצְאוּ אֶלָּא בְּיוֹם פְּלוֹנִי, וּבְשָׁעָה פְּלוֹנִית, וְעַל יְדֵי פְּלוֹנִי, וְעַל יְדֵי סַם פְּלוֹנִי", ווען מען שיקט יסורים אויף א מענטש באשווערט מען די יסורים ווען זיי זאלן קומען אויפן מענטש און ווען זיי זאלן אוועק גיין פונעם מענטש, דורך וועלכע דאקטער און דורך וועלכע מעדעצין וכו' עס זאל אויסגעהיילט ווערן, נו אויב אזוי – פרעגט דער רבי - ווי אזוי קען מען גיין צום דאקטער ווען מען ווייסט נישט צי ער איז בכלל דער דאקטער וואס מען האט באשוואוירן אים אויס צו היילן, און ווי אזוי קען דער דאקטער פארשרייבן א מעדעצין ווען ער ווייסט נישט צי דאס איז דער ריכטיגער סם וואס מען דארף געבן פאר'ן חולה וכו'? זאגט דער רבי, אז אויב א מענטש מאכט א פדיון און ער בעט דעם אייבערשטן אז דער מלאך רפאל זאל שטיין נעבן דעם דאקטער, דעמאלט וועט דער דאקטער אים קענען אויסהיילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט נישט דארפן צוקומען צו קיין דאקטורים און צו קיין רפואות, אבער אז דו האסט קאפ ווייטאג זאלסטו אודאי נעמען טיילענאל וכדומה.

#131 - פארוואס זאגט מען נישט קיין תחנון אום פרייטאג?
שבת קודש, חסידות ברסלב, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


כ'האב פארשטאנען אז דער מנהג אין היכל הקודש איז נישט צו זאגן תחנון פרייטאג ביי שחרית, איינער פון מיינע חברים האט מיר געזאגט אז ס'האט נישט קיין מקור אין הלכה, און ס'איז גאר קעגן די הלכה. וויל איך וויסן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר אנצייכענען דעם מקור צו דעם מנהג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א מנהג ביי חסידים און ביי אנשי מעשה נישט צו זאגן קיין תחנון פרייטאג ערב שבת.


דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו פלעגט נישט זאגן קיין תחנון ערב שבת אזוי האט זיך אויך געפירט דער הייליגער צדיק רבי צבי הירש מזידיטשוב זכותו יגן עלינו און נאך צדיקים (דאס ווערט געברענגט אין ספר ליקוטי מהרי"ח, סדר התנהגות ערב שבת), ווייל ערב שבת הייבט מען שוין אן צו שפירן דאס ליכטיגקייט פון שבת און אויך דארף מען איינקויפן אלעס פאר שבת.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך אויך געפירט נישט צו זאגן קיין תחנון ערב שבת.


ערב שבת דארף מען זיך צוגרייטן צו מקבל זיין דעם גרויסן גאסט - דעם הייליגן שבת - מיט גרויס שמחה און מיט הייליגקייט. ביי צדיקים האט מען געשפירט א הייליגקייט יעדן ערב שבת; מען דערציילט נאך אז ביים הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו איז געווען אזא הייליגקייט יעדן ערב שבת אז אפילו די משרתות (די פרויען וואס פלעגן העלפן רוימען און קאכן) פלעגן זיך איבער בעטן יעדן ערב שבת, זיי האבן אנגעהויבן שפירן אזא זיסקייט פונעם שבת אז אלע מחלוקת'ער זענען בטל געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין דעם שבת מיט שמחה.

#130 - וואס איז אזוי שלעכט מיט דראגס?
חסידות ברסלב, דראגס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר אייערע שיעורים, מיין גאנצע אידישקייט האלט זיך נאר אין אייער זכות. איך הער אלע שיעורים, און אויך מיינע חברים הערן די שיעורים, און מיר זענען זיך זייער מחזק מיט דעם.


איך האב געהערט אויף אייערע שיעורים אז איר רעדט זייער שטארק קעגן דראגס. מיין מצב איז אז איך בין זייער פארקויפט פאר דעם, איך רייכער מאריכוואנא, און ס'איז טאקע אמת אז דאס קאסט מיר אסאך געלט, אבער למעשה איז מיר דאס זייער גוט, איך זע נישט קיין סיבה פארוואס איך זאל וועלן זיך אפלאזן פון דעם.


שלום

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שלום נרו יאיר


דיין בריוו איז איין שטיק סתירה, קודם באדאנקסטו זיך אז דו ביסט זיך מחזק מיט די דיבורים פון הייליגן רבי'ן אבער פון די צווייטע חלק זע איך נישט אז דו ביסט זיך מחזק מיט די דיבורים פון הייליגן רבי'ן; פון דעם אז דו לויפסט זיך פאר'סמ'ען מיט דראגס רחמנא לצלן זע איך אז דו נעמסט נישט דעם רבינ'ס ווערטער פאר התחזקות, וויי ווען דו וואלסט טאקע אנגענומען די התחזקות פון רבי'ן וואלסטו נישט געלאפן צו דעם השם ירחם.


איך בעט דיר זייער, האב רחמנות אויף דיר און אויף דיינע קינדער; אנטלויף פון דראגס וואס איז סם המות. קוק וואס שלמה המלך זאגט (משלי טז, כה): "יֵשׁ דֶּרֶךְ יָשָׁר לִפְנֵי אִישׁ, וְאַחֲרִיתָהּ דַּרְכֵי מָוֶת", עס זענען דא זאכן וואס זעט אויס פאר'ן מענטש ווי א גלייכע זאך אבער דער סוף פון דעם איז טויט; דאס איז ממש וואס פאסירט ביים נעמען דראגס, עס זעט אויס אין אנהייב ווי א געשמאקע זאך, עס קען זיך דאכטן אז עס מאכט פרייליך אבער דער סוף איז אז מען פארלירט אלעס.


נאך זאגט שלמה המלך - דער חכם מכל אדם (משלי כג לא-לה): "אַל תֵּרֶא יַיִן כִּי יִתְאַדָּם", גיי נישט נאך רויטע פיינע וויין וואס זעט אויס געשמאק, "כִּי יִתֵּן בַּכּוֹס עֵינוֹ", ווייל ווען מען הייבט אן טרינקן וויין, "יִתְהַלֵּךְ בְּמֵישָׁרִים", ווערן אלע וועגן גלייך; אלע עבירות זען אויס ווי גלייכע וועגן. "אַחֲרִיתוֹ כְּנָחָשׁ יִשָּׁךְ", דער סוף פונעם שיכור איז ווי מען כאפט א ביס פון א שלאנג, "וּכְצִפְעֹנִי יַפְרִשׁ", אדער א ביס פון א גיפטיגע שלאנג וואס שטעכט מיט גיפט, "עֵינֶיךָ יִרְאוּ זָרוֹת", דער שיכור הייבט אן קוקן אויף פרעמדע פרויען רחמנא לצלן, "וְלִבְּךָ יְדַבֵּר תַּהְפֻּכוֹת", און מען הייבט אן רעדן פארקערטע זאכן. דאס זעלבע איז מיט דראגס, מען פארלירט אלע הרגשים און מען פארלירט אינגאנצען דעם מח. "וְהָיִיתָ כְּשֹׁכֵב בְּלֶב יָם", דער שיכור, און אזוי אויך דער מענטש וואס נעמט דראגס - שפירט זיך ווי א מענטש וואס ליגט אויפן וואסער, "וּכְשֹׁכֵב בְּרֹאשׁ חִבֵּל", און אזוי ווי דער וואס ליגט אויפן שיף וואס שאקלט זיך. און ווען דער שיכור ניכטערט זיך אויס, זאגט ער "הִכּוּנִי בַל חָלִיתִי", מען האט מיר טאקע געשלאגן אבער עס טוט נישט וויי, "הֲלָמוּנִי בַּל יָדָעְתִּי", מען האט מיר אנגעקלאפט אבער איך האב עס נישט געשפירט. "מָתַי אָקִיץ אוֹסִיף אֲבַקְשֶׁנּוּ עוֹד", ער פרעגט: "ווען וועל איך שוין אויפשטיין און גיין טרינקען נאך וויין?"


עס איז כדאי דו זאלסט זיך מאכן א שיעור אין ספר משלי; ספר משלי האט אין זיך איין און דרייסיג פרקים, אז דו וועסט לערנען יעדן טאג א פרק וועסטו עס מסיים זיין יעדן חודש. נאכן לערנען ספר משלי וועסטו שוין נישט פרעגן אזא נארישע קשיא: 'וואס איז שלעכט מיט דראגס?' ווייל דו וועסט זען די סוף פונעם מענטש וואס געוואוינט זיך צו צו שלעכטע געוואוינהייטן.


ענדערש טרינק זיך אן מיט אונגארישע וויין, די יין המשומר פון הייליגן רבי'ן; דאס מאכט פרייליך דעם מענטש און עס נעמט אוועק פון אים אלע צער און עגמת נפש. איינמאל דער מענטש איז טועם פון רבינ'ס ווערטער קען מען אים שוין נישט אפנארן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, דעם קען מען שוין נישט פארנארן".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר זאלסט באקומען שכל און אויפהערן נעמען סם.

#129 - מ'טשעפעט מיך אין ישיבה וועגן ברסלב, וואס קען איך טון?
חסידות ברסלב, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, דרייצן יאר אלט, אין זכות פון די שיעורים האב איך שוין געלערנט גמרא מסכת ברכות שבת און עירובין, און פיר מאל ששה סדרי משנה.


איך לערן אין א ישיבה, נישט קיין ברסלב'ע ישיבה, און מען טשעפעט מיר און מ'טענה'ט מיט מיר וועגן דעם, וואס זאל איך טון?


אליעזר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור אליעזר נרו יאיר.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ניצט אויס דיינע יונגע יארן מיט לימוד התורה; דו האסט אנגעהויבן לערנען ש"ס כסדרן אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און דו האסט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת ברכות, שבת און עירובין. אזוי אויך לערנסטו משניות און דו האסט שוין מסיים געווען פיר מאל ששה סדרי משנה; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


בנוגע דאס וואס מען טשעפעט דיר אין ישיבה; איך וואלט דיר געזאגט זאלסט נישט דערציילן פאר קיינעם וואס דו טוסט, נאר זאלסט זיצן פאר זיך און לערנען, וועלן זיי דיר נישט טשעפען. מען קען נישט טשעפען מיט איינעם וואס מאכט זיך נישט צוטון; אז דו וועסט זיצן פאר דיר אין די פרייע צייט ווען אלע זענען פארנומען מיט נארישקייטן, וועסט זיך מאכן א גוטע נאמען; דיינע עלטערן וועלן האבן נחת פון דיר און דו וועסט אויסוואקסן א ערליכער איד א גרויסער צדיק.


זע צו מכבד זיין דיינע מגידי שיעורים און האלט מיט די שיעורים אין ישיבה, וואס דאס קומט פאר אלעס. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות; בפרט ביים הייליגן רבי איז דרך ארץ געווען די ערשטע זאך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


זאלסט מיט האלטן די סדרים אין ישיבה, און אין די זייטיגע צייטן ווען קיינער לערנט נישט וכו' זאלסטו זיצן מיט א משניות און א גמרא און לערנען בהתמדה רבה. און ווען עס קומען בחורים זיך אונטער האלטן אויף דיין חשבון זאלסטו נישט ענטפערן נאר ווייטער לערנען; קוק נישט אויף קיינעם וועסטו אויסוואקסן לשם ולתפארת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#128 - כ'קען נישט קויפן תפלין פאר מיין בר מצוה בחור, און איך דארף חיזוק אויף כיבוד אם
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, תפלין, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי מ'פירט זיך אין ברסלב צו קויפן פאר'ן בר מצוה בחור צוויי פאר תפלין, סיי רש"י און סיי רבינו תם, וויל איך וויסן וואס צו טון אז איך האב נישט קיין געלט אפילו צו קויפן רש"י תפלין פאר מיין בחור, זאל איך גיין בארגן געלט אים צו קענען קויפן אויך רבינו תם?


אויך וויל איך פרעגן אן עצה וואס  צו טון וועגן מיין מאמע, זי איז זייער ברוגז אז איך בין געגאנגען אויף ברסלב און איבערגעלאזט מיין פריערדיגע חסידות, און סיי וועלכע זאך איך טו וואס שמעקט פון ברסלב, רעגט איר זייער אויף, למשל ווען איך האב געגעבן א נאמען פייגא נאכ'ן רבינ'ס מאמע, און אויך אז איך וויל קויפן צוויי פאר תפלין פאר מיין בר מצוה בחור.


איך הער אסאך אייערע שיעורים און איך בין זיך זייער מחזק מיט דעם, בפרט אין אמונה און בטחון אויף וואס איך דארף אסאך חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז עס זענען דא פוסקים (עיין בספר שלחן הטהור סימן לד, סעיף א) וואס האלטן אז אויב מען לייגט נישט קיין תפילין דרבינו תם גייט מען אריין אין כלל פון 'קרקפתא דלא מנח תפילין'; בפרט אז דו שרייבסט אז דו ביסט מקורב צום הייליגן רבי'ן און דער הייליגער רבי האט געזאגט אז גלייך ווען מען הייבט אן לייגן תפילין ביי די 'בר מצוה' זאל מען אנטון צוויי פאר תפילין - רש"י און רבינו תם, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו אין אלע דורות (עיין בספר פעולת הצדיק אות ס"ד). ממילא איז דאך בכלל נישט קיין שאלה צי דו זאלסט קויפן פאר דיין זון צוויי פאר תפילין.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין די ווערטער וואס רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין, הלכה ה' אות כח): "וְעַל כֵּן כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ' צָרִיךְ לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִיר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֶת אֲנָשָׁיו לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם", ווער עס וויל מקורב ווערן צום אייבערשטן זאל מקפיד זיין אנצוטון תפילין דרבינו תם אזוי ווי דער הייליגער רבי האט מזהיר געווען זיינע מענטשן, און קוק אריין אין זיינע הייליגע ווערטער וואס ער שרייבט ווייטער, מורא'דיגע ווערטער (אות כט): "וְעַל כֵּן עַכְשָׁיו בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא בְּסוֹף הַגָּלוּת צְרִיכִים לִזָּהֵר מְּאֹד לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִירוּ כָּל הַצַּדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁהָיוּ בְּיָמֵינוּ", אין די היינטיגע טעג וואס מען האלט שוין ממש ביי די גאולה, מיר גייען שוין אט אט ארויס פון גלות, דארף מען זייער אכטונג געבן אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי אלע אמת'ע צדיקים האבן אונז מזהיר געווען, "כִּי עַכְשָׁיו הִתְגַּבֵּר הַבַּעַל דָּבָר מְּאֹד מְּאֹד מַחֲמַת שֶׁרוֹאֶה שֶׁקָּרוֹב לָבֹא קִצּוֹ", ווייל דער יצר הרע איז זיך זייער מתגבר זעענדיג ווי זיין סוף קומט שוין, דערפאר דארפן מיר האבן ביידע פאר תפילן זיך צו קענען קריגן מיט אים; קוק נאך אינעווייניג די גאנצע אות וועסטו זען דאס גרויסקייט פון תפילין דרבינו תם.


בנוגע דיין מאמע וכו'; די גרעסטע כיבוד אב ואם וואס דו קענסט טון איז אז דו זאלסט גיין דאווענען דריי מאל א טאג שחרית מנחה מעריב מיט מנין; אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; אויך זאלסטו מכבד זיין דיין ווייב און אויפציען ערליכע קינדער - דאס איז כיבוד אב ואם.


דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


זיי א ביישפיל פון א ברסלב'ער חסיד; דו טראגסט אויף דיר א גרויסע אחריות, דו טראגסט אויף דיר דעם רבינ'ס נאמען און מענטשן קוקן אויף דיר ווי אזוי דו פירסט זיך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#127 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן לערנען? פארוואס דארף מען יענעם אוועקמאכן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר אסאך חיזוק אין אמונה און תפלה, די שיעורים זענען זייער געשמאק און לייכט, און עס גייט אריין אין די ביינער.


איך האב ב"ה זייער א חשובער מאן, איך האלט זייער שטארק פון אים, ער איז זייער אן ערליכער און וואוילער מאן, עס באדערט מיר נאר אז ער לערנט נישט קיין תורה.


איך האב פיל געהערט פון אייך פון די חשיבות פון זאגן תורה, איך וואלט זיך אזוי שטארק געפריידט ווען מיין מאן וואלט דאס געטון, איך ווייס אז ער איז אריבער א שווערע תקופה זייענדיג א בחור אין ישיבה, ער האט נישט געהאט קיין חברותות און דעריבער נישט געהאט קיין חשק צו חזר'ן, און ער פלעגט דערפאר באקומען גאר נידריגע צייכענונגען אויף די בחינות, און קען זיין אז דעריבער וויל ער יעצט נישט לערנען.


איך געב אכטונג נישט צו ווערן זיין "משגיח", איך הייס עס קיינמאל נישט גיין לערנען, אבער איך פרוביר ארויסצואווייזן ווי שטארק איך וואלט זיך געפריידט ווען ער וואלט יא געלערנט, יעדעס מאל ער דערמאנט עפעס א תורה'דיגע זאך, אדער ער קוקט עפעס נאך, ווייז איך ארויס א שמחה דערפון, אויך ווען מיר הערן צוזאמען די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א פרעג איך אים וואס ער האלט וועגן דעם, איך האב אבער מורא אים צו זאגן אפן אז איך וויל ער זאל לערנען. אפשר דארף איך דאס יא טון?


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, איז דא נאך עפעס אן עצה וואס איך קען טון דערצו?


גלייכצייטיג האב איך געוואלט מעורר זיין, מיט'ן פולסטן מאס רעספעקט, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל נישט אוועקמאכן אנדערע רבי'ס און חסידות'ער. אסאך מאל ווען איך הער ווי דער ראש ישיבה שליט"א פרעגט א בחור וואס קומט פון אן אנדערע קרייז, און מאכט אוועק יענע קרייז, זאגנדיג וואס באקומסטו פון דיין רבי, טוט מיר דאס זייער וויי. איך באלאנג צו אן אנדערע חסידות, און איך באקום פון מיין רבי חיזוק און עצות פאר'ן לעבן, און אויך בין מחונך געווארן מיט אמונה און אז דער אייבערשטער ווארט מיר זאלן רעדן צום אים ווי צו א חבר, פון דעסט וועגן בין איך מכבד יעדן איינעם מיט זיין קרייז און שיטה. אויב ברסלב פארקויפט גוטע זאכן, קען מען דאך רעדן בלויז פון דעם, פארוואס פעלט אויס אוועקצומאכן אנדערע?


איך בעט איבער אויב איך האב נישט געשריבן מיט דרך ארץ, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אסאך אינגעלייט און בחורים ווילן נישט לערנען צוליב דעם וואס מען האט זיי פארשעמט אין די יונגע יארן, ווען זיי זעען א גמרא קומט זיי ארויף אלטע ווייטאגן, בזיונות און שפיכות דמים וכו' וואס זיי זענען אדורך אין די יונגע יארן. אבער באמת ווען זיי וואלטן ווען געוויסט ווי זיס די הייליגע תורה איז וואלטן זיי גארנישט געוואלט חוץ תורה, אזוי ווי דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט וועלן, נאר די תורה".


היות אייער מאן איז דאס אריבער אין זיינע יונגע יארן האט דאס גורם געווען אז ער זאל מער נישט וועלן לערנען. יעצט אז איר ווילט וויסן וואס איר קענט טון ער זאל יא לערנען תורה? אזוי ווי איר טוט יעצט זאלט איר ווייטער טון - ביתר שאת וביתר עוז; איר זאלט אים ווייטער מחזק זיין, מעודד זיין און ארויס ווייזן ווי שטארק איר שעצט זיין לערנען און דאווענען; ווען ער לערנט און דאוונט זאלט איר אים אויפהייבן. דאס וועט מאכן ער זאל לערנען מער און מער.


איר זאלט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן אז איר זאלט האבן א שטוב וואס פירט זיך מיט די תורה און אייער מאן און קינדער זאלן לערנען די הייליגע תורה; ווען איר צינדט אן די שבת ליכט און איר שטייט מיט די הענט אויפן פנים זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער! העלף מיין מאן זאל לערנען, דאווענען און זיין א צדיק; העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן לערנען, דאווענען און זיין ערליכע אידן צדיקים"; אזוי זאלט איר בעטן אן א שיעור מאל, וועט דער אייבערשטער עפענען זיין הארץ און ער וועט לעבן מיט די תורה.


בנוגע פארוואס מען דארף אוועק מאכן וכו'; דער פראגע איז ממש פלאי פלאים... עס איז נישט דא נאך אזא פארשעמטע רבי און פארשעמטע חסידות ווי ברסלב! קיינער וויל נישט אנערקענען ברסלב און א ברסלב'ער חסיד איז צו שאנד און צו שפאט ביי אלע חסידות'ן. ווען מען דערוויסט זיך אז א בחור אדער א אינגערמאן איז אנגעקומען קיין ברסלב הייבט מען אן חוזק מאכן און אים אויפמערקזאם מאכן אז עס איז נישט פאר אים, און ווען מען וויל זיך שטארקן מיט וואס מיר זענען זוכה וכו' הייסט דאס אז אונז מאכן אוועק אנדערע?! אז מען לייגט אריין שטארקייט אין פרישע תלמידים זיי זאלן נישט ווערן נתפעל פון לצים און פון די וואס לאכן אפ וכו', דאס הייסט אז מען בויעט זיך אויף אוועק מאכן?!


ווען איינער קומט און ווארפט זיך ארויף אויף מיר און וויל מיך דערווערגן, מעג איך יענעם אראפ ווארפן פון מיר? אדער דא וועט מען אויך שרייען: "פארוואס דארף מען אים אראפ ווארפן?" און "מען ווערט נישט גרעסער אז מען ווארפט יענעם אראפ!" אדער דא פארשטייט יעדער אז איך זוך נישט יענעם אראפווארפן נאר פשוט יענער זאל מיר אפלאזן און מיר לאזן לעבן?!


ברסלב דארף נישט יענעם אוועק מאכן זיך צו בויען, ווייל עס איז נישט דא נאך א רבי וואס האט אזוי פיל סחורה צו פארקויפן ווי דער הייליגער רבי און עס איז נישט דא א פלאץ וואו די תלמידים באקומען פון זייער רבי אזוי סאך ווי די ברסלב'ע חסידים, וואס דער רבי מאכט זיי אליינס פאר גרויסע צדיקים.


מען האט אמאל געפרעגט מוהרא"ש וואס איז די נפקא מינה צווישן ברסלב און אנדערע חסידות'ן, האט מוהרא"ש געענטפערט: "ביי אנדערע רבי'ס טאנצן די חסידים ארום דעם רבי'ן, אבער אין ברסלב טאנצט דער רבי ארום יעדן חסיד"; דאס איז מורא'דיג מגדיר געווען אין געציילטע ווערטער וואס מען איז זוכה דא ביים הייליגן רבי'ן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "מיין גאנצע נחת און תענוג איז ווען איך זע ווי מיינע תלמידים פירן זיך מיט יראת שמים און דינען דעם אייבערשטן. איך האב אלעס מפקיר געווען; מיין לעבן, מיין ווייב און מיינע קינדער - אלעס נאר פאר ענק, "הַאִם לֹא הָיִיתִי יָכוֹל לִהְיוֹת מְפֻרְסָם וּמַנְהִיג שֶׁקּוֹרִין 'גוּטֶער אִיד' כְּמוֹ כָּל הַמַּנְהִיגִים, שֶׁנּוֹסְעִים הַחֲסִידִים אֲלֵיהֶם וְאֵינָם יוֹדְעִים עַל מָה נוֹסְעִים, וְחוֹזְרִים וְשָׁבִים וּבָאִים וְאֵינָם יוֹדְעִים מַה בָּאִים, וואלט איך נישט געקענט זיין א רבי פונקט ווי אלע רבי'ס וואס די חסידים ווייסן נישט פארוואס מען פארט צום רבי'ן, און ווען מען קומט אהיים ווייסט מען נישט מיט וואס איז מען צוריק געקומען?!" פארוואס גייט מען צו א רבי? וואס איז א רבי? אז ער קען מיר מאכן פאר א צדיק, אז ער קען מיר צוברענגען צום אייבערשטן, אז ער מאכט מיר לערנען און דאווענען.


אויפן רבי'ן וועט סיי ווי זיין טענות און מחלוקת; דעם רבינ'ס מאמע די צדיקת פייגא איז געווען א בעלת רוח הקודש און זי האט געזען וואס גייט זיין מיט איר הייליג קינד, אירע הייליגע ברודער פלעגן איר רופן "פייג'עלע די נביאת'טע", ווערט דערציילט אז בשעת דעם הייליגן רבינ'ס ברית האט דער רבי'ס מאמע געבעטן איר ברודער דער הייליגער צדיק רבי ר' ברוכל פון מעז'בוז זכותו יגן עלינו: "ברוכ'ל - אזוי האט זי אים גערופן - וואונטש אן פארן קינד אז מען זאל נישט קריגן אויף אים", האט דער הייליגער צדיק רבי ברוכ'ל איר גענטפערט: "פייגעלע דאס קען נישט זיין, עס איז פארפאלן, מען מוז קריגן אויף אים (קוקט נאך אין ספר פעולת הצדיק אות כא)".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז די וועלט זאל שוין אננעמען די לימודים פון רבי'ן, די לימודים וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די וועלט. דער לימוד וואס דער בעל תפילה האט אויסגעלערנט, ער פלעגט זאגן (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף דער וועלט, נאר צו דינען דעם אייבערשטן"; אז עס איז נישט דא קיין אנדערע עצה אויסער תפילה, ביז מיר ווילן ארויס גיין פון אונזער גלות.

#126 - וואו שטייט אז דער רבי האט געזאגט מ'זאל נישט שלאגן קינדער?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואו שטייט אז דער רבי האט געזאגט מ'זאל נישט שלאגן קינדער?


יישר כח, שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די תלמידים פון הייליגן רבי'ן זענען געווען זייער מקושר צום רבי'ן, זיי פלעגן פרעגן דעם רבי'ן יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן. אזוי אויך פלעגן זיי דערציילן יעדע פרט וואס האט פאסירט מיט זיי. בפרט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג דערציילן פארן רבי'ן יעדע זאך, און זיך גוט צוגעקוקט צו די תנועות וואס דער רבי מאכט צו וויסן אויב ער האט גוט געטון אדער ער דארף עפעס פאררעכטן.


איין מאל האט רבי נתן דערציילט פארן רבי'ן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי אים אין שטוב דעם פארגאנגענעם שבת. רבי נתן פלעגט כסדר אהיימברענגען געסט פון בית המדרש צו קומען עסן ביי אים, אבער דעם פארגאנגענעם שבת האט זיין זון נישט געוואלט אריין קומען צום טיש זיצן נעבן דעם גאסט וואס ער האט אהיים געברענגט, ווייל עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', האט רבי נתן געגעבן א פאטש פאר זיין זון ער זאל פאלגן און אריין קומען צו די סעודה. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה פון רבי נתן האט ער אים געזאגט: "קודם כל וויל איך אז פון היינט און ווייטער זאלסטו אהיים ברענגען נאר געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי אין לערנען, נישט סתם אורחי פורחי, ווידער א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


דאס איז גערעדט געווארן ביי קליינע קינדער; גרויסע קינדער איז א בפירוש'ע הלכה (יורה דעה סימן רמ, סעיף כ) אז מען טאר זיי נישט שלאגן, ווייל מען איז עובר אויף (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל".


באמת אז מען טראכט גוט אריין זעט מען אז פעטש איז בכלל נישט קיין חינוך, נאר ווען מען שלאגט א קינד איז דאס נאר אויסצוגעבן די נערוון. דעריבער טאר מען נישט שלאגן קיין קינדער; נישט נאר עס העלפט נישט, עס וועט נאר מאכן אסאך ערגער וכו'.


אודאי דארף מען אכטונג געבן אז א ווארט פון א טאטע און מאמע זאל זיין טייער און חשוב; אזוי אויך דארפן קינדער פאלגן. מען באלוינט זיי פארן פאלגן און מען קנס'ט זיי אויב זיי פאלגן נישט. למשל, אויב דאס קינד פאלגט נישט - ער גייט נישט שלאפן ווען מען הייסט אים, ווארנט מען אים אז ער וועט ער נישט קענען שפילן וכו', אבער נישט שלאגן. שלאגן האט גארנישט מיט חינוך, דאס איז סתם זיך אויסגעגעבן די נערוון.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער. עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען אז אלע דיינע קינדער זענען ערליכע אידן?" האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים?! איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי; איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".

#125 - מיין ווייב איז זייער קעגן ברסלב, וואס קען איך טון?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק און שיעורים וואס געבן מיר א טעם אין לעבן יעדן טאג, איך האב אנגעהויבן לערנען יעדן טאג, רעדן צום אייבערשטן, און זיך פארשטיין מיט מיין ווייב, און אזוי ווייטער האט עס מיר געשטעלט אויף די פיס אין אלע הינזיכטן.


איך הער ב"ה די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן, אבער איך וואלט זייער געוואלט אריבערקומען אין ישיבה מיטצוהאלטן די שיעורים געהעריג, איך האב געוואלט קומען דאווענען צו אייך אין שול, אבער מיין ווייב איז געפערליך קעגן ברסלב און קעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, עס איז נישט צוליב נ-נח'ס און דאס גלייכן נאר ס'איז איר עפעס אריין א נארישקייט אין קאפ און זי וויל נישט הערן פון ברסלב און פונעם ראש ישיבה, וויפיל איך האב פרובירט צו רעדן מיט איר און איר מסביר זיין, וויל זי גארנישט פארשטיין און זי וויל נישט הערן.


שוין אפגערעדט פון פארן קיין אומאן אויף ראש השנה איז בכלל נישטא פון וואס צו רעדן, אבער ווען ס'קומט צו סיי וואס האט שייכות מיט ברסלב ווערט זי זייער נערוועז.


מיין הארץ טראפט בלוט, איך לעב ממש פון א פלאץ, און איך קען נישט אריינגיין דארט. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח, יענקל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יענקל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען אלעס פועל'ן אין שטוב, מען דארף נאר האבן צו דעם אסאך סבלנות.


רעד נישט מיט דיין ווייב וועגן ברסלב, רעג איר נישט אויף; דיינע מעשים וועלן מאכן די ארבעט. דו פיר זיך אויף צו איר אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט און אזוי ווי מען לערנט אין 'היכל הקדוש' וועסטו זען אז אלעס וועט זיך טוישן לטובה.


יעצט וועסטו פארשטיין פארוואס דער רבי האט אזוי געוויינט ווען מען האט געזאגט אויפן רבי'ן אז דער רבי איז פון די ביטערע כת רחמנא לצלן; דער רבי האט געשריגן און געוויינט: "ווי קען מען אויסטראכטן אויף מיר אזעלכע שקרים וכו' וכו'?" רבי נתן האט נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט אזוי, 'וואס דארף אנגיין פארן רבי'ן וואס יענער רעדט אויפן רבי'ן? האט ער געזאגט, איז וואס?!' אבער שפעטער ווען רבי נתן האט געהאט זיין מחלוקת האט ער געזאגט: "איך פארשטיי שוין פארוואס דער רבי האט געוויינט; עס איז נישט אגעגאנגען פארן רבי'ן אז יענער רעדט אויף אים, עס האט וויי געטון פארן רבי'ן אז מענטשן וועלן נישט קענען מקורב ווערן ווייל דער זקן זאגט אויף אים אזא לשון הרע".


בעוונותינו הרבים איז ברסלב זייער א פארשעמטע זאך; אפילו די וואס האלטן אז ברסלב איז גוט און איז מקרב מענטשן האלטן אז דאס איז גוט פארן שכן און פאר א צווייטן אבער נישט פאר זיך און זיכער נישט פאר די אייגענע קינדער. דאס קומט פון אלע לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויף אונז.


מיט תפילה און סבלנות קען מען צו קומען צו אלעס גוטס.

#124 - מעג איך הערן די שיעורים אין בית הכסא, ווען איך האב נישט קיין אויסוועג?
חסידות ברסלב, לימוד התורה, דרשות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור און איך בין זיך מחיה מיט די הערליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין זכות פון די שיעורים האב איך זוכה געווען צום ערשטן מאל די פארגאנגענע יאר מעביר סדרה צו זיין יעדע וואך און איך האב שוין געענדיגט איין מאל משניות.


מיין פראבלעם איז אבער אז סיי מיין ישיבה און סיי מיין משפחה האלטן נישט פון ברסלב, איך מוז זיך באהאלטן ווען איך הער די דרשות, איז מיין שאלה אויב איך מעג הערן די דרשות אין א ריינע בית הכסא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט תורה בהתמדה רבה; דו ביסט מעביר סדרה יעדן טאג שנים מקרא ואחד תרגום, אויך האסטו זוכה געווען צו מסיים זיין די ערשטע מאל אין דיין לעבן 'ששה סדרי משנה'. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


נישט דיין ישיבה און נישט דיין משפחה זענען מתנגדים אויף ברסלב; זיי ווייסן פשוט נישט וואס ברסלב איז. ווען זיי וואלטן געוויסט וואס איז ברסלב'ע חסידות, נישט נאר זיי וואלטן נישט גערעדט אויף ברסלב נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער.


ליידער ליידן מיר זייער שטארק פון דעם אנשיקעניש וואס רופט זיך: "נַ נַח"; מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב און דאס מאכט אז מענטשן זאלן נישט לאזן זייערע קינדער קומען צום רבי'ן, און ווען עלטערן דערוויסן זיך אז זייער קינד האט שייכות מיט ברסלב וכו' רודפ'ט מען דאס קינד, מען טיילט אפ משפחות איינער פון צווייטן, מען קומט נישט צו די קינדערס שמחות וכו' וכו', דאס אלעס קומט אלץ רעזולטאט פון דעם וואס מען מיינט אז ברסלב איז א צעווילדעוועטע זאך, א פלאץ פון מופקרים וכו'.


די מחלוקת אויף ברסלב איז נישט קיין נייע זאך; אויפן הייליגן רבי'ן אליינס איז שוין אויך געווען מחלוקת. ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מחלוקת האט דעמאלט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גֶעשְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם, איך קריג אויך אויף דעם מענטש,  - אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז. מען מיינט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער. דאס מאכט אז יעדער קלוגער טאטע און מאמע זאלן נישט מסכים זיין אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון עזות פנימ'ער, וואס באמת האט דאס נישט צוטון מיט ברסלב, ווייל איבעראל זענען דא עזות פנימ'ער.


דו זיי ממשיך מיטן לערנען פלייסיג אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן און נוץ אויס דיינע יונגע יארן, ווייל די תורה וואס מען לערנט אין די יונגע יארן בלייבט אויף א גאנץ לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כ): "הַלּוֹמֵד יֶלֶד לְמַה הוּא דוֹמֶה, לִדְיוֹ כְתוּבָה עַל נְיָר חָדָשׁ". און דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע תקופה אינעם לעבן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.


דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו זאגן אסאך פרקים משניות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן פון גלות בזכות לימוד משניות, סיי די גאולה בכלליות וועט זיין בזכות משניות און אזוי אויך יעדער איינער קען זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע גלות אין זכות וואס ער לערנט משניות.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש; מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", דאס איז ראשי תיבות 'משנ"ה'; אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#123 - ברסלב איז דאך אזוי שיין, פארוואס איז אבער דא דארט אזויפיל מחלוקת?
חסידות ברסלב, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען נתקרב צו ווערן צו ברסלב, דאס איז געווען גענוי א יאר צוריק ווען איך זיך אנגעטראפן בהשגחה פרטית אין די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און זייט דעמאלט האב איך נאכנישט פארפאסט קיין איין שיעור, און דאס האט געטוישט מיין לעבן אינגאנצן צום גוטן, איך האב די פארגאנגענע יאר צום ערשטן מאל אין לעבן מעביר סדרה געווען די גאנצע יאר, כ'האב מסיים געווען ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל, און איך האב דורכגעלערנט טויזנט בלאט גמרא בלויז אין די לעצטע יאר, און אין נאך פילע הינזיכטן איז מיין לעבן געטוישט געווארן מיט די פילע עצות און חיזוק, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח ממשיך צו זיין מיט די עבודת הקודש.


לעצטנס האט מיר אבער אנגעהויבן עגבערן א זאך, פון איין זייט זע איך די הערליכקייט פון ברסלב'ע חסידות, ווי שטארק דער רבי העלפט מיר מיט זיינע עצות אויף טריט און שריט, אבער פון די אנדערע זייט זע איך אויך אז ס'איז דא אסאך מחלוקת אין ברסלב, מ'קריגט זיך ארום איינער מיט'ן צווייטן, און דאס מאכט מיר אויסקוקן אז עפעס טויג נישט דא.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר, ווייל איך ווייטער זייער שטארק אנהאלטן מיט דעם הייליגן דרך פון רבי'ן וואס העלפט מיר אזויפיל אין לעבן.


א גרויסן יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק צו וואס א מענטש קען זוכה זיין אין בלויז איין יאר... איך האב איבערגעליינט דיין בריוו נאכאמאל און נאכמאל צו זען אויב איך ליין גוט, שטוינענדיג צו וואס א מענטש קען זוכה זיין אנצוקומען אין איין יאר אויב ער פאלגט דעם הייליגן רבי'ן. דו שרייבסט אז דו האסט אנגעיאגט צו לערנען דעם יאר חמשה חומשי תורה, ששה סדרי משנה און טויזנט דפים גמרא; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט ווייטער לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


בנוגע מחלוקת צווישן ברסלב'ע חסידים; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא): אויפן פסוק (דניאל יב, ב): "וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", יעדעס מאל עס ווערט באוויסט א נייע שכל - א נייע דרך אין עבודת השם, זענען דא צוויי סארט מענטשן, איינער איז זיך מחי' מיט יעדן דיבור, מיט יעדע טראפ שכל, ביי אזא מענטש איז - "אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם", ער שפירט ביי זיך אז ביז יעצט איז ער געווען ווי א טויטער מענטש, ער האט נישט געלעבט, ער איז געשלאפן א טיפע שלאף, אבער יעצט האט אים דער רבי אויפגעוועקט און ער הייבט אן לעבן. נאכדעם זענען דא וואס נוצן נישט די שכל און די לימודים פאר חיי עולם, נאר אויף חוזק צו מאכן פון יענעם; זיי זוכן ווי מען קען נאך איינעם אוועק מאכן – "וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", ווי זיי קענען יענעם וויי טון און יענעם אוועק מאכן.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דער תורה און זיך נאכדעם גוט אויסוויינען צום אייבערשטן אויף די תורה: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל נישט קוקן אויף קיינעם, איך זאל נאר זיין פארנומען מיט מיר; הייליגער באשעפער, העלף מיר אז ווען איך לערן די תורות פון רבי'ן זאל איך עס נעמען פאר מיר, נישט אזוי ווי די וואס נעמען עס: 'לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם', אזוי ווי דער רבי זאגט – ווען א צדיק זאגט תורה, דעמאלט ווערט מקוים וואס שטייט 'וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ', אלע איינגעשלאפענע מענטשן וועקן זיך אויף, אבער נישט אלע זענען גלייך, נאר 'אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם, וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם', דערפאר בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל נעמען דעם רבי'ן 'לְחַיֵּי עוֹלָם', איך זאל לעבן מיטן רבי'ן, איך זאל געדענקען אז איין טאג וועל איך איבערלאזן די וועלט; אין בית החיים דארט וועל איך גיין און מיין משפחה וועט מיר לאזן דארט אליין, נאקעט אויסגעטון קום איך דארט אהין, דארט וועל איך זיין איינער אליינס ליגן אין פעלד, איך וועל גארנישט מיט נעמען מיט מיר נאר דאס ביסל תורה, תפילה ומעשים טובים".


טייערער ברודער, יעדעס מאל דו האסט חלישות הדעת פון ברסלב'ע חסידים זאלסטו געדענקען אז דאס איז נאר דיר מרחק צו זיין פונעם הייליגן רבי'ן, אזוי ווי רבי נתן האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן ש): "פַּעַם אַחַת אָמַר לִי: כָּל מַה שֶּׁאַתָּה רוֹאֶה בָּעוֹלָם, כָּל מַה שֶּׁנִּמְצָא בָּעוֹלָם, הַכֹּל בִּשְׁבִיל הַבְּחִירָה וְהַנִּסָּיוֹן", איינמאל האט מיר דער רבי געזאגט "אלעס וואס טוט זיך אויף די וועלט איז נאר עס זאל בלייבן א בחירה און עז זאל זיין נסיונות"; עס קען זיין אז די גאנצע מחלוקה וואס טוט זיך יעצט ביי ענק איז נאר אז דו זאלסט אוועק גיין און איין מאל דו וועסט אוועק גיין וועט אלעס ווערן מסודר.


פונקט ווי מען טאר נישט צעבראכן ווערן פון מניעות פון אינדרויסן אזוי אויך טאר מען נישט ווערן צעבראכן פון מניעות פון ברסלב'ע חסידים; דער עיקר דארף מען קוקן אויף זיך און שטענדיג מאכן א חשבון הנפש: 'איך ווייס דאך יא ווער איך בין, אז איך געטראפן א רבי וואס העלפט מיר און היילט מיר אויס וועל איך אים נישט אפלאזן וועגן קיין שום זאך אויף דער וועלט'.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת; קיינער זאל דיר נישט איינרעדן אז עס איז א מצוה צו קריגן אויף דעם און אויף יענעם, נישט פארדעם זענען מיר געקומען צום רבי'ן - צו מתקן זיין א צווייטן, מיר זענען געקומען צום רבי'ן זיך אליינס צו פאררעכטן; וויי פאר די וואס האבן א חלק אין מחלוקת, וויי פאר דער וואס טשעפעט א צווייטן איד.


אנטלויף פון א פלאץ וואו מען קריגט זיך. מוהרא"ש האט פארציילט אז איינמאל שבת אינמיטן דאווענען איז אריינגעלאפן א פרוי אין דעם בית המדרש פון רבי ישראל סאלאנטער זכרונו לברכה; מען האט נאך געהאלטן פאר קריאת התורה און די פרוי איז צוגעלאפן צום ארון הקודש און געוויינט מיט קולי קולות אז מען האט גענומען איר זון אין מיליטער, זי האט זייער געשריגן און מען האט איר נישט געקענט שטיל מאכן, צום סוף האט מען איר אנגעכאפט און ארויסגעטראגן פון שול. זעענדיג דאס האט זיך רבי ישראל סאלאנטער אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען פון בית המדרש, זאגנדיג: "אין א שול וואו מען האט נישט קיין רחמנות אויף א צעבראכענע פרוי און מען פירט זיך אויף מיט אזא רשעות, וויל איך נישט הערן קריאת התורה".


שטארק דיך ווייטער מיט דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן; וואויל איז פאר דעם וואס איז נאר פארנומען מיט זיך, מיט זיינע שיעורים כסדרן און האט נישט קיין צייט פאר מחלוקת און פאליטיק. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט ווען מען האט אים אמאל געפרעגט ווי אזוי ער האט זיך געקענט דערהאלטן ווען עס האט געברענט די מחלוקת אויף אים, האט ער געזאגט: "דער רבי האט מיר געגעבן אזוי סאך שיעורים וואס איך דארף לערנען יעדן טאג, אז איך האב נישט קיין צייט צו הערן און צו ענטפערן פאר מיינע מתנגדים".


מוהרא"ש האט אונז געגעבן א צוואה וואס מען זעט נישט ביי אנדערע צדיקים אזא סארט צוואה, ווען מען ליינט די צוואה ווערט מען זייער נתעורר צו תשובה, מוהרא"ש שרייבט (סימן ט): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן, אִיר זָאלְט נִישְׁט הָאבְּן קַיין שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם סָארְט פָּאלִיטִיק", דאס זאל דיר ליגן שטענדיג פאר די אויגן: דו זאלסט זיך נישט מישן אין קיין שום מחלוקת, אפילו מען וועט דיר איינרעדן אז עס איז א מצוה, זאלסט שטענדיג געדענקען וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט, אז מיר זאלן נאר זיין פארנומען מיט זיך און נישט טראכטן פון א צווייטן.


א גוטן טאג.

#122 - פארוואס זאל מען נישט ארויסגעבן די בילדער פון די ערליכע אידן אין אומאן, נישט פון די משוגעים?
אומאן, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר וואלט געווען כדאי אז מ'זאל ארויסגעבן קליפס פון אומאן ווי אזוי ערליכע אידן פירן זיך דארט אויף, ווי זיי דאווענען און לערנען און בעטן זיך אויס א גוט יאר ביים ציון הקדוש, אז דאס זאל איבערוועגן די אלע מאדנע בילדער און קליפס וואס גייען ארום איבער די וואס טאנצן און פארפירן אין אומאן, דאס קען ברענגען א גרויסע קידוש ה'.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון, עס איז נישט שייך צו מאכן קיין בילדער אום יום טוב, און אפילו פון ערב יום טוב איז נישט שייך צו כאפן בילדער פון אלע טויזנטער אידן וואס זיצן ביי זיך אין שטוב און זענען עוסק אין לערענען און דאווענען. און אפילו עס וועט זיין בילדער וועלן דאס די צייטונגען נישט פאבליצירן, ווייל דאס איז זיי נישט אינטערעסאנט, זיי זוכן אינטערעסאנטע בילדער וכו'.


צווייטנס, דארפסטו וויסן מיט וועם דו קריגסט זיך; דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, האט דער ס"מ געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף דער וועלט, דו גיי און זיך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און איז דערנאך צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון מעשה ז', מזבוב ועכביש): "וואס פאר אן עצה האבן זיי זיך געטראפן? לאכן - מען לאכט פונעם רבי'ן, מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד", דאס איז דער עצה; דער ס"מ מאכט זיכער מען זאל נישט מקורב ווערן צום רבי'ן דורכדעם וואס ער מאכט א געשפעט פונעם הייליגן רבי'ן. ווען ער זעט אז דער רבי איז מתקן אלעמען, דער רבי האט א שפראך צו אלע געפאלענע, אזוי ווי דער מציאות איז, אז ווען מען קומט קיין אומאן צינד זיך אן אינעם מענטש א אינערליכע פייער, דער מענטש הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, וואס טוט דער ס"מ? ער לאכט אפ פון דעם און מאכט א געשפעט, ער פארשפרייט בילדער פון אינטערעסאנטע מענטשן וכו' אזוי האלט ער צוריק מענטשן פון קומען קיין אומאן.


אבער עס וועט אים שוין גארנישט נוצן, ווייל דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכט): "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ, גָּמַרְתִּי וְאֶגְמוֹר", איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן, איך האב גענדיגט און איך וועל ענדיגן; מען זעט ממש ווי דער רבי נעמט איין דער וועלט און אט אט קומט שוין משיח צו גיין. דער רבי האט געזאגט: "משיח וועט איינעמען דער וועלט אן קיין איין שאס פולווער", ער וועט איינעמען די וועלט מיט תפילה; ער וועט אריין ברענגען אין די גאנצע וועלט אז מען זאל נישט זיין פארנומען מיט א צווייטן, נאר יעדער זאל נאר זיין פארנומען מיט תפילה והתבודדות.


ביים סוף וועלן אלע קומען קיין אומאן; ווער עס קען אביסל רעכענען זעט לויט די נומערן וויפיל מענטשן קומען היינט קיין אומאן, אז ביז אפאר יאר וועלן זיין הונדערטער טויזנטער מענטשן ביים רבי'ן ראש השנה. ווי לאנג פארט מען שוין קיין אומאן? אינגאנצן פון שנת תשנ"א עטליכע צוואנציג יאר צוריק, וואס דעמאלט זענען געפארן מערסטענס צוויי טויזנט מענטש, און היינט צו טאגס האלט מען שוין קרוב צו הונדערט טויזנט מענטשן, היי יאר זענען געווען איבער פינף און זיבעציג טויזנט מענטשן.


דער ס"מ שפרינגט און שיסט אויס זיינע לעצטע קוילן; ער זוכט ווי אזוי ער קען מאכן אז מענטש זאלן האבן א שלעכטע בליק אויף "אומאן", ער פראבירט מיט זיינע לעצטע כוחות צו רעדן שלעכטס אויף אומאן, אבער עס וועט אים גארנישט נוצן, עס איז א פארלוירענע קריג פאר אים. אלע ווייסן וואס אומאן איז און אלע ווייסן פארוואס הונדערטער טויזנטער מענטשן שלעפן זיך קיין אומאן; באקוועמליכקייטן איז נישט דא אין אומאן, איין זאך איז דא אין אומאן: א רבי וואס האט מבטיח געווען אז ער וועט אלעמען פאררעכטן. מענטשן וואס האבן אין זייער לעבן נישט געהאט קיין הרהור תשובה, ווען זיי קומען צום ציון הייבן זיי אן צו וויינען ווי א קליין קינד, זיי ווייסן נישט וואס האט פאסירט מיט זיי.


אלע חסידות'ן זענען היינט צו טאגס מקנא ברסלב'ע חסידים און אלע ווייסן היינט ווער די "טויטע חסידים" זענען; אמאל פלעגט מען טשעפען ברסלב'ע חסידים און זיינע אנרופן מיטן שפעט נאמען: "טויטע חסידים", ווייל מיר פארן צו א ציון פון א רבי, אבער היינט האט זיך דער שפריך ווארט איבערגעדרייט, ברסלב'ע חסידים זענען "לעבעדיגע חסידים", און אנדערע חסידים וואס גייען צו זייער רבי און באקומען גארנישט די זענען "טויטע חסידים"; דער רבי האט שוין געזאגט פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק ווי אזוי חסידים שפירן זיך ווען זיי גייען צו זייער רבי און ווי זיי שפירן זיך ווען זיי קומען אהיים פון זייער רבי (עיין חיי מוהר"ן, סימן שלה).


דעריבער דארפן מיר זיך זייער פרייען אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן און מיר פאלגן זיינע רייד בתמימות ובפשיטות, מיר פארן קיין אומאן צום צדיק אויף ראש השנה אפילו עס קומט אונז אן ביטער שווער און מיר פרייען זיך א גאנץ יאר אז מיר זענען געווען אין אומאן אויף ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#121 - מ'זעט דאך יא אין רבינ'ס ספרים אז מ'זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף א צרה?
אומאן, שידוכים, חסידות ברסלב, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון ארץ ישראל, איך בין זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, דאס געבט מיר א וועג צו לעבן מיט'ן אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב געהערט ביי די שיעורים אז ס'איז נישטא קיין מקור אינעם רבינ'ס ספרים אז מ'זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף א צרה, איך האב יא געטראפן אין ליקוטי הלכות (הלכות פריקה וטעינה ד אות יד) וואס רבי נתן שרייבט דארט בזה הלשון: "כִּי בֶּאֱמֶת אִם הָיוּ הַכֹּל שׁוֹמְעִים לְקוֹל הַצַּדִּיקֵי אֱמֶת לֵילֵךְ בְּדֶרֶךְ זֶה לְהַאֲמִין תָּמִיד בַּה' יִתְבָּרַךְ שֶׁהַכֹּל לְטוֹבָה וְלִתֵּן שֶׁבַח וְהוֹדָיָה תָּמִיד לַה' יִתְבָּרַךְ בֵּין בְּטוּבוֹ בֵּין בְּעָקוֹ כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב, בַּה' אֲהַלֵּל דָּבָר בֵּאלֹקִים אֲהַלֵּל דָּבָר, בְּוַדַּאי הָיוּ מִתְבַּטְּלִים כָּל הַצָּרוֹת וְכָל הַגָּלֻיּוֹת לְגַמְרֵי וּכְבָר הָיְתָה גְּאֻלָּה שְׁלֵמָה.", אויך ווערט געברענגט אין די גמרא (תענית ח'.) "כל השמח ביסורין שבאים עליו, מביא ישועה לעולם", וואס קען מען זאגן אויף דעם?


אויך האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי האט געהייסן אז מ'מוז קומען צו אים אויף ראש השנה, און די זעלבע איז ביי פרויען אז זיי קענען שיקן זייערע מענער אויף אומאן, וואס זאל אבער טון א מיידל וואס האט נאכנישט וועמען צו שיקן קיין אומאן, ווי אזוי קען זי אויספירן דעם רבינ'ס רצון אין דעם ענין?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז איבעריג צו שרייבן איבער דעם לעצטיגן קאפ פארדרייעניש, וואס מענטשן זאגן נאך בשם דעם רבי'ן אז ווען מען האט א צרה זאל מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די צרה און דאס איז דער וועג ארויס צו גיין פון די צרה; דאס איז אנטקעגן די תורה, און בכלל איז נישט דא וואס צו שרייבן אויף דעם.


קוקטס אריין אין רמב"ם (פרק א' מהלכות תעניות, הלכה א) וואו עס איז מבואר אז עס איז א מצות עשה אין די תורה צו שרייען און וויינען צום אייבערשטן ווען מען האט לא עלינו א צרה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות סג.): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח - לֹא לְמִיכָאֵל, וְא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל, נישט צו מלאך גבריאל, נאר צום הייליגן באשעפער אליינס; ווען א מענטש האט א חולה אין שטוב דארף ער וויינען און שרייען צום הייליגן באשעפער; אז א מענטש האט נישט קיין קינדער דארף ער טון וואס יצחק אבינו האט געטון (בראשית כה, כא): "וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ", און וואס חנה - שמואל הנביא'ס מאמע - האט געטון (שמואל-א א, י; יב): "וַתִּתְפַּלֵּל עַל ה' וּבָכֹה תִבְכֶּה וגו', וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה' וגו'".


אז א מענטש האט נישט קיין שלום בית דארף ער וויינען און שרייען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים ליכטיג מאכן אין שטוב, ווער עס זאגט אנדערש איז א חסר דעה. ווער עס פארקויפט פאר מענטשן מען זאל דאנקען א שעה אויף א צרה, צום ביישפיל אויב איינער האט נישט קיין קינדער זאל ער זאגן במשך א שעה יעדן טאג: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר אז איך האב נישט קיין קינדער", אזא איינער מאכט חוזק פונעם אייבערשטן, חוזק פון די תורה און חוזק פון די הייליגע חכמים.


דאס איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (ברכות נד.): "חַיָּב אָדָם לְבָרֵךְ עַל הָרָעָה כְּשֵׁם שֶׁמְּבָרֵךְ עַל הַטּוֹבָה", א מענטש דארף דאנקען דעם אייבערשטן ווען עס קומט אויף אים שלעכטס אזוי ווי ער דאנקט אויף גוטס, און א מענטש דארף גלייבן אז אלעס וואס פאסירט מיט אים - סיי גוטס און סיי שלעכטס  - אלעס קומט פונעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז דער אב הרחמן וואס וויל נאר טון גוטס מיטן מענטש, און אז עס האט פאסירט א צרה איז דאס נאר פאר די טובה פונעם מענטש, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (נדה לא.): "שְׁנֵי בְּנֵי אָדָם שֶׁיָּצְאוּ לִסְחוֹרָה", צוויי מענטשן האבן איינגעקויפט סחורה דאס צו פארקויפן אין א צווייטע מדינה, "יָשַׁב לוֹ קוֹץ לְאַחַד מֵהֶן", גייענדיג צום שיף האט זיך איינער פון זיי צעבראכן די פיס און ער האט נישט געקענט גיין צום שיף, די שיף איז אוועק געפארן מיטן אנדערן שותף מיטנעמענדיג אלע סחורה און דער מענטש מיטן צעבראכענעם פיס איז אונטער געבליבן, "הִתְחִיל מְחָרֵף וּמְגַדֵּף", האט דער מענטש אנגעהויבן רעדן אנטקעגן די אמונה, ער האט געהאט טענות צום אייבערשטן, "לְיָמִים שָׁמַע שֶׁטָבְעָה סְפִינָתוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ בַּיָּם הִתְחִיל מוֹדָה וּמְשַׁבֵּחַ", נאך א שטיק צייט האט ער געהערט אז די שיף איז איינגעזינקען אין וואסער מיט אלע מענטשן מיט די גאנצע סחורה, האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיהו יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט געצערנט אויף מיר און מיר צעבראכן מיין פיס, "יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", ווייל אזוי בין איך געראטעוועט געווארן פון ווערן דערטראנקען; אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, דער רבי לערנט אויס דעם מענטש אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אים, אפילו וואס עס זעט אויס ווי שלעכטס.


דער רבי איז מסביר ווי אזוי עס ארבעט ידיעה און בחירה וכו'; פון איין זייט דארף מען דאך וויסן: "שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו הֵם לְטוֹבָתוֹ", אז אלעס וואס פאסירט מיטן מענטש איז פאר זיין טובה וועגן, און אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז מיט א פונקטליכע השגחה וכו', אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד): "כְּשֶׁאָדָם יוֹדֵעַ שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו הֵם לְטוֹבָתוֹ, זֹאת הַבְּחִינָה הִיא מֵעֵין עוֹלָם הַבָּא", ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים איז פאר זיין טובה - דאס איז עולם הבא; אבער פון די צווייטע זייט דארף מען וויסן אז דער מענטש האט א בחירה, ער קען בעטן פונעם אייבערשטן וואס ער וויל, אויף יעדן פרט ופרט; ווי אזוי ארבעטן אבער די צוויי זאכן צוזאמען? איז דער רבי מסביר אז ווען א מענטש איז מקדש די שבעה נרות, ער הייליגט זיינע אויגן, אויערן, נאז און מויל דעמאלט איז ער זוכה צו האבן א ריינע מח ביז עס איז אים שוין נישט שווער די קשיא פון ידיעה און בחירה, ער ווייסט אז מען דארף בוחר זיין אין ידיעה צו וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כא).


תפילה איז נישט קיין סתירה צו אמונה; אפילו ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען נאך אלץ ווייטער גלייבן אז אלעס איז לטובה, אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי עקיבא זאגט (ברכות ס:): "לְעוֹלָם יְּהֵא אָדָם רָגִיל לּוֹמַר כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן שטענדיג: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט"; ווען א מענטש נעמט דאס אריין אין זיך, ער לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים קומט פונעם אייבערשטן און דאס איז נאר פאר זיין אייביגע טובה, דער מענטש לעבט שוין יעצט אין 'גן עדן', אזוי ווי די גמרא פארציילט די מעשה (שם) אז דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט און קיינער האט אים נישט געוואלט אריין נעמען געבן אן אכסניא, מיט דעם אלעם האט ער זיך נישט פארלוירן, נאר ער האט געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, און ער איז געגאנגען איבער נעכטיגן אין וואלד; ער האט געהאט מיט זיך אן אייזל, א הינדל מיט א ליכט, פלוצלינג איז געקומען א ווינט און פארלאשן די ליכט, מיט דעם האט זיך דער הייליגער תנא רבי עקיבא נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, עס גייט אריבער אפאר מינוט און עס קומט א לייב און פארציקט דעם אייזל, מיט דעם אלעם האט זיך דער הייליגער תנא רבי עקיבא נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, נאכדעם איז געקומען א קאץ און האט פארציקט דאס הינדל, מיט דעם אלעם האט ער זיך נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, שפעטער הערט ער א געשריי און זעט ווי רויבערס קומען צו גיין אריין אינעם שטאט וואו קיינער האט אים נישט געוואלט ארייננעמען, און הרג'ענען אויס די גאנצע שטאט, האט ער געזען די חסדים פונעם אייבערשטן קלאר מיט זיינע אויגן; ער האט שוין פארשטאנען פארוואס קיינער פון שטאט האט אים נישט אריין גענומען, און פארוואס דער אייזל און דער הינדל מיט די ליכט זענען אוועק גענומען געווארן פון אים, אלעס כדי אים צו היטן פון די רויבערס.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז א מענטש וואס געפונט זיך אין א צרה זאל נישט בעטן ארויס צו גיין פון די צרה; אדרבה, ווען א מענטש גייט אריבער צרות ויסורים איז די איינציגסטע עצה ארויס צו גיין דערפון - דורך בעטן דעם אייבערשטן, אבער אסאך מאל איז דער מענטש אזוי צעבראכן פון דאס וואס גייט אריבער אויף אים אז ער האט נישט קיין ווערטער וואס צו בעטן פון גרויס עצבות ומרירות וכו', איז די עצה אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. עס איז כדאי דורך צו לערנען אין ליקוטי הלכות (ליקוטי הלכות יורה דעה, כלאי בהמה הלכה ד', אות ד, ה, ו) וואו ר' נתן רעדט ארום פון דעם באריכות, אז ווען א מענטש זעט ווי ווייט ער איז פונעם אייבערשטן און ווי שווער עס גייט אים - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ער מוטשעט זיך מיט פרנסה וכו', זאל ער זוכן עפעס גוטס וואס צו דאנקען דערויף דעם אייבערשטן, אזוי וועט ער זיך נאכדעם קענען גוט אויסגיסן זיין הארץ און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים העלפן.


בנוגע אומאן וכו'; עס איז נישט שייך פאר מיידלעך צו קומען קיין אומאן אום ראש השנה; וואו מען געפונט זיך איז מען זיך פון דארט מקשר צום הייליגן רבי'ן. יעדער איד וואס גלייבט אינעם רבי'ן איז צוגעבינדן צום רבי'ן און ער איז זוכה צו אלע תיקונים.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין צו שיקן אייער מאן און קינדער קיין אומאן יעדע יאר ראש השנה.


 

#120 - וואס איז דער מנהג אין ברסלב וועגן רעדן ביים דאווענען?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איז דא ערגעץ וואו אין די ברסלב'ע ספרים וואו עס ווערט געברענגט וועגן דעם ענין פון נישט רעדן ביים דאווענען וכדומה?


אשר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אשר נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין ברסלב איז דער ספר המנהגים דער שלחן ערוך!


עס איז באוויסט דעם סיפור אז א איד איז געקומען צום הייליגן רבי'ן מיט זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן, האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: "איר מעגט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי איר ווילט (דאס מיינט, איר קענט זאגן אלע סארט פשטים אין מיינע תורות), מיט איין תנאי, אז איר זאלט נישט אפטרעטן פון א סעיף קטן אין שלחן ערוך"; ווייל ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר אז מען זאל נישט אוועק גיין פון הלכה.


וואס דארף מען מער פון דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ל:): "אֲפִלּוּ הַמֶּלֶךְ שׁוֹאֵל בִּשְׁלוֹמוֹ - לֹא יְשִׁיבֶנּוּ", מען טאר נישט מפסיק זיין אינמיטן דאווענען צו רעדן מיט איינעם, אפילו א קעניג באגריסט דעם מענטש טאר מען אויך נישט ענטפערן, "וַאֲפִלּוּ נָחָשׁ כָּרוּךְ עַל עֲקֵבוֹ - לֹא יַפְסִיק", און אפילו א שלאנג איז ארום זיינע פוס טאר מען אויך נישט מפסיק זיין; און אודאי סתם צו רעדן איז זיכער אן איסור. אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן צו), אז בשעת'ן דאווענען טאר מען נישט רעדן און נישט טון קיין שום זאך וואס נעמט אוועק די מחשבה פונעם דאווענען.


אז דו ווילסט וויסן די הארבקייט פון רעדן ביים דאווענען, קוק וואס דער הייליגער זוהר זאגט (זוהר ואתחנן, רסו:): "וּמָאן דְּאִשְׁתָּעֵי בְּבֵי כְּנִישְׁתָּא", ווער עס שמועסט אין שול בשעת'ן דאווענען, "וַוי לֵיהּ דְּאַחְזֵי פִּרוּדָא", וויי פאר אים אז ער טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וַוי לֵיהּ דְּגָרַע מְהֵימְנוּתָא", וויי פאר אים אז ער גייט אוועק פון די אמונה, "וַוי לֵיהּ דְּלֵית לֵיהּ חוּלָקָא בֶּאֱלָהָא דְּיִשְׂרָאֵל", וויי פאר אים אז ער האט נישט קיין חלק באלוקי ישראל, "דְּאַחְזֵי דְּלֵית לֵיהּ אֱלָהָא", ער ווייזט אז עס איז נישט דא קיין באשעפער, "וְלָא אִשְׁתְּכַח תַמָּן", אז דער אייבערשטער געפונט זיך נישט אין שול, "וְאַנְהִיג קְלָנָא בְּתַּקִּיפָא עִלָּאָה", דעריבער פירט ער זיך מיט קלות און ער גרינגשעצט אינעם אייבערשטן; זעט מען פון דעם ווי הארב עס איז צו רעדן ביים דאווענען.


מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען קומט אין שול נישט צו רעדן ביים דאווענען, אויך צוליב חינוך הבנים; ווייל ווען קינדער זעען ווי דער טאטע שמועסט ביים דאווענען ווערט ביי זיי ביליג דאס גאנצע דאווענען, ביז זיי וועלן אינגאנצן אפלאזן דאס דאווענען. דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן בשעת'ן דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה.

#119 - וואס טוט איך אז ביי מיין חסידות איז א פראבלעם צו פארן קיין אומאן?
אומאן, שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אלעס וואס ער טוט פאר אונז, די אלע שיעורים און חיזוק וואס העלפן אזויפיל אין לעבן.


איך בין א ... חסיד, און ביי אונזער חסידות איז א פראבלעם צו פארן קיין אומאן, איך האב אבער א שטארקע געפיל יא צו פארן צום הייליגן רבי'ן אין אומאן, וואס קען איך טון?


א גרויסן יישר כח, און דער אייבערשטער זאל געבן כח און מח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ווייטער מקרב צו זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע זאך איז דו זאלסט באהאלטן דיין התקרבות צום רבי'ן פון דיינע חברים. ווי לאנג דיין ווייב תחי' איז מיט דיר, זי איז מסכים זאלסט פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן זע איך נישט וואס דיין פראבלעם איז.


אז דו וועסט זיך נישט רייצן וכו' וועט קיינער נישט וויסן אז דו ביסט בכלל געפארן קיין אומאן; ... חסידות איז זייער גרויס היינט, מיט אסאך בתי מדרשים און מען קען נישט האלטן חשבון ווער עס דאווענט דא און ווער עס דאווענט דארט. רעד נישט צו קיינעם פון ברסלב, רייץ דיך נישט מיט קיינעם - וועט קיינער נישט וויסן וואו דו ביסט ראש השנה.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס זיין שווער האט זיך פארלייגט אויף אים ער זאל נישט פארן אויף ראש השנה קיין אומאן צום רבי'ן, למעשה איז ער יא געפארן קיין אומאן צום רבי'ן אויף ראש השנה. נאך ראש השנה ווען זיין שווער האט אים געפרעגט וואו ער איז געווען דורכאויס יום טוב, האט ער אים געענטפערט: "איך בין געווען אין שפיטאל וואו איך בין דורך א שווערע אפעראציע", אזוי האט אים דער שווער אפגעלאזט.


ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז פשט פון זאגן ליגנט, האט ער געענטפערט אז דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמת, סימן ב): "מֻתָּר לְשַׁנּוֹת בִּדְבַר הַשָּׁלוֹם", מען מעג משנה זיין זיך צו ראטעווען פון מחלוקת; צווייטנס, איך בין טאקע געווען אין שפיטאל; איך בין געפארן צום גרעסטן שפיטאל אויף דער וועלט וואס פארמאגט דעם גרעסטן דאקטער. דער רבי איז אונזער דאקטער, ער היילט אונז אלע.


דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): עס איז געווען א קעניג וואס האט פארכאפט א בת מלכה, שפעטער איז די בת מלכה אנטלאפן פונעם קעניג, דער קעניג האט ארויסגעשיקט זיינע באדינער מען זאל איר זוכן וואו זי איז, האט מען איר געטראפן זיך דרייען ביי א שלאס פון וואסער. איז דער קעניג געגאנגען צום וואסעריגן פעסטונג מיט זיין מיליטער איר כאפן, ווען די בת מלכה האט געזען דעם מלך האכזר האט זי געטראכט: 'ענדערש וועל איך אריין לויפן אינעם שלאס פון וואסער, ענדערש זאל איך דערטראנקען ווערן ווי איידער אנצוקומען צום מלך האכזר'. ווען דער קעניג האט געזען ווי זי לויפט אריין אין די וואסערדיגע פאלאץ האט דער קעניג געהייסן מען זאל איר שיסן מיט אלע סארט פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע סארט סמ'ען, איז די בת מלכה אראפ געפאלן חלשות, האט דער רבי אויסגעפירט: "אוּן אִיך הֵייל זִי".


דער מלך האכזר - דאס איז דער יצר הרע וואס זוכט צו פארכאפן די בת מלכה וואס דאס גייט ארויף אויף א אידישע נשמה; ער איז מכשיל א מענטש מיט עבירות רחמנא לצלן ביז דער מענטש פאלט חלשות, ער ווערט צעבראכן ביי זיך און געבט אויף. קומט דער הייליגער רבי און זאגט "אוּן אִיך הֵייל זִי", דער רבי האט אזעלכע לימודים וואס קען אויסהיילן יעדן איינעם און צוריק ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן.


האט דער ברסלב'ער איידעם אויסגעפירט: "קומט אויס אז דער רבי איז מיין דאקטער, און אומאן איז מיין שפיטאל וואו איך הייל זיך".


דאס זעלבע זאלסטו טון; קריג זיך נישט מיט קיינעם און רעג נישט אויף דיין משפחה וכו'. דער עיקר זאלסטו זען אז דיין פארן זאל זיין מיט די הסכמה פון דיין ווייב; אז דיין ווייב איז מסכים דו זאלסט קומען קיין אומאן איז נישט קיין שום פראבלעם דו זאלסט קומען. אויב דיין ווייב שטעלט אן אויפשטאנד דאן איז זייער ביטער, דעמאלט איז נישט כדאי צו קומען קיין אומאן, ווייל אן א ווייב האט מען נישט קיין מח און אז מען האט נישט קיין מח איז מען ווי א טויטער מענטש.


דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף שלום בית, ווייל דאס איז דער יסוד פון קדושה וטהרה; אז מאן און ווייב לעבן באהבה אין שטוב נאר דעמאלט קען מען דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה וואס אין דעם איז תלוי די גאולה שלימה וואס וועט זיין במהרה בימינו.