שאלה אין קורצן ענין
#61 - איך האב מורא פון מיין ווייב, זאל איך פארן קיין אומאן?
אומאן, שלום בית, סיפורי צדיקים, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל זייער שטארק פארן קיין אומאן זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, און זוכה זיין צו די תיקונים וואס דער צדיק איז מתקן, איך האב אבער מורא פון מיין ווייב, זי לאזט מיר נישט פארן, איך האב נישט קיין כח ווען זי שרייט און בלאזט, עס ציפט מיר נאך אלץ פון פאריאר ווען האט זי נישט גערעדט צו מיר נאך אומאן פאר צוויי וואכן.


איך ווייס נישט וואס איז ריכטיג צו טון, איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג אויף דיין שלום בית. רבי נתן האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קענען פארן צום רבי'ן, האבן אים חברים צוגערעדט ער זאל פארקויפן זיין ווייב'ס טיכל, אזוי וועט ער האבן געלט צו פארן צום רבי'ן. זיין ווייב'ס טיכל איז געווען ווערד אסאך געלט, עס האט געהאט אריינגענייט אין זיך שיינע בריליאנטן און טייערע שטיינער, אבער רבי נתן האט פארשטאנען אז אויב ער וועט דאס טון וועט דאס ערגער מאכן די מצב אין שטוב, ער האט נישט צוגעהערט צו די חבירים.


שפעטער פלעגט רבי נתן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט נישט געפאלגט די חבירים, ער האט נישט וויי געטון זיין ווייב; ער האט געזאגט: "וואלט איך ווען פארקויפט איר טיכל וואלט געווען נאכדעם א גט - וואלט איך נישט געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; ווייל דעם רבינ'ס ליכטיגקייט קען מען נאר מקבל זיין מיט א ריינעם מח, מיט א הייליגע מח, און דאס גייט נאר אז מען איז אן אדם השלם.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, רעד צו איר שיינע רייד, זאג איר אז דו פארסט קיין אומאן נאר צוליב וואס דער רבי האט געזאגט מען זאל פארן, און אז זי זאגט דיר: "דו טוסט מיך וויי", זאלסטו איר זאגן: "איך טו דיך נישט וויי, דו ביסט מיין טייערסטע זאך", און אז זי וועט אנהויבן זיך קריגן זאלסטו חס ושלום זיך קריגן, דו זאג איר נאר פארוואס דו פארסט, און אז דו וועסט בעטן פאר איר, און אז זי שרייט און בלאזט - זאלסטו חס ושלום נישט צוריק שרייען אדער צוריק בלאזן, ווייל שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "שלום בית איז זייער זייער וויכטיג, ווייל ווער עס האט שלום בית האט אנדערע מוחין, מיט שלום בית קען מען זוכה זיין צו ריינע מוחין".


רבי נתן האט געזאגט: "דאנקען גאט אז נאך ראש השנה איז יום כיפור, בעט מען זיך איבער און מען איז זיך מוחל איינער דעם צווייטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.

#60 - ווי אזוי איז מען מתפלל ביים ציון הקדוש אין אומאן?
אומאן, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, קברי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן ווי אזוי מען איז מתפלל אין אומאן ביים ציון פון הייליגן רבי'ן. צי מען בעט דעם רבי'ן ער זאל פועל'ן פאר'ן מענטש א ישועה, אדער בעט מען דעם אייבערשטן אז בזכות דעם צדיק וואס ליגט דא זאל מען פועל'ן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דער רבי איז געווען אין אומאן האט ער געהערט ווי מען שרייט אויפן בית החיים, ביי די קברים פון די עלטערן וכו'. אמאל האט דער רבי געהערט ווי א פרוי שרייט ביים קבר פון איר טאטע מיט א וויינעדיגע קול: "טאטע! טאטע!" האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, ווייל איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט ווייטער געזאגט: "פונקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיך זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט פועל'ן אלעס גוטס.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.

#59 - וועלכע זאכן זאל איך ארויסזאגן ביי "וידוי דברים"?
אומאן, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, קברי צדיקים, תשובה, עבירות, וידוי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם ענין פון "וידוי דברים". אלעמאל ווען איך וויל זיך מתוודה זיין פאר'ן אייבערשטער, ספעציעל ביים ציון פון הייליגן רבי'ן אין אומאן, ווען איך פרוביר איבערצוגיין ממש אלעס וואס איך האב געטון אין לעבן, דערמאן זיך פילע שלעכטע זאכן וואס איך האב געטון אין מיין לעבן, און איך שעם זיך צו זאגן אבער עס קומט ארויף זייער שלעכטע זאכן וואס איך האב אמאל געקוקט, און דאס ברענגט מיר אריין פון פריש שלעכטע הרהורים, איך ווער פון פריש נכשל און טראכטן פון זאכן וואס מען טאר נישט, און דאס מאכט מיר אז איך זאל נישט וועלן זיך מתוודה זיין בכלל, איך וויל נישט נאכאמאל טראכטן די שלעכטע זאכן.


שוין צוויי יאר וואס איך מוטשע זיך מיט דעם פראבלעם, איך האב שוין עטליכע מאל געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א איבער דעם, אבער איך האב זיך פשוט געשעמט. יעצט האב איך אבער באשלאסן אז גענוג געווארט, איך קען מער נישט אזוי אנגיין, און איך גיי פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס מען טוט איבער דעם פראבלעם, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן און ווייזן דעם ריכטיגן וועג אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג ארויס אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה, אפילו עס קומט אריין נאכאמאל די מחשבות פון עבירות וכו' וכו'; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), אז ווען א מענטש זינדיגט - גייט אריין די עבירה אין זיינע ביינער, און נאר דורך ארויסזאגן די עבירות לפני תלמיד חכם, פארן צדיק - גייען ארויס די עבירות און די שלעכטע צירוף וואס איז איינגעקריצט אינעם מענטש, נאר אזוי קען מען צוריק ברענגען די מלכות צום אייבערשטן און שפירן טעם עולם הבא.


דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן נח), עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ אִיד, וָואס פְלֶעגְט גֵיין צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ דֶער אִיד אִיז לֹא עָלֵינוּ קְרַאנְק גֶעוָוארְן, דֶער אִיד הָאט גֶעשִׁיקְט אַ שָׁלִיחַ צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב בֶּעטְן עֶר זָאל קוּמֶען צוּ אִים, וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעפָארְן מְבַקֵּר חוֹלֶה זַיין, אוֹיפְן וֶועג הָאט דֶער שָׁלִיחַ גֶעפְרֶעגְט דֶעם בַּעַל שֵׁם טוֹב: "אִיךְ הָאבּ דָאךְ גֶעהֶערְט פוּן אַייךְ אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען זִיכֶער נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט, אוֹיבּ אַזוֹי וִוי קֶען זַיין אַז דֶער חוֹלֶה צוּ וֶועם מִיר פָארְן יֶעצְט עֶר הָאט דָאךְ תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוּן עֶר אִיז אַן עֶרְלִיכֶער אִיד וִוי קֶען זַיין עֶר זָאל שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט?" הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב גֶעעֶנְטְפֶערְט: "עֶס אִיז טַאקֶע וָואר דָאס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעזָאגְט, אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט אוּן עֶס אִיז אוֹיךְ וָואר אַז דֶער אִיד הָאט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוֹיף זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער עֶר הָאט זִיךְ נִישְׁט מִתְוַדֶה גֶעוֶוען פַארְן אֱמֶת'עֶר צַדִיק, דֶערִיבֶּער קֶען עֶר נִישְׁט וֶוערְן אוֹיסְגֶעהֵיילְט, אוּן דֶערְפַאר פָאר אִיךְ צוּ אִים כְּדֵי עֶר זָאל זִיךְ קֶענֶען מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר, אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר וֶועט עֶר גְלַייךְ אוֹיסְגֶעהֵיילְט וֶוערְן, אוּן אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ נִישְׁט וֶועלְן מִתְוַדֶה זַיין - וֶועט עֶר וֶוערְן נָאךְ מֶער קְרַאנְק אוּן עֶר וֶועט אָנְהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן 'גֶעוַואלְד, וֵויי וֵויי' - פוּן גְרוֹיס וֵוייטָאג, בִּיז עֶר וֶועט שְׁטַארְבְּן, אוֹיבְן אִין הִימְל רֶעכְנְט מֶען אִים נִישְׁט דִי עֲבֵירוֹת וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן, אוּן אוֹיךְ נָאכְן שְׁטַארְבְּן וֶועלְן דִי קְלִיפּוֹת אוּן דִי חִיצוֹנִים נִישְׁט הָאבְּן קַיין שׁוּם כֹּחַ אוֹיף אִים וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אָבֶּער וִוי לַאנְג עֶר לֶעבְּט נָאךְ וֶועלְן דִי חִיצוֹנִים זִיךְ נוֹקֵם זַיין אִין אִים".


וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעקוּמֶען אוּן אִים גֶעזָאגְט בָּזֶה הַלָּשׁוֹן: "זָאג מִיר דַיינֶע עֲבֵירוֹת וָואס דוּ וֵוייסְט, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן אוֹיךְ אִיךְ וֵוייס", דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב הָאט דָאס אִיבֶּערְגֶעזָאגְט דְרֵיי מָאל, אָבֶּער דֶער אִיד הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט, עֶר הָאט זִיךְ גֶעשֶׁעמְט, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן: "אוֹי וֵויי, אוֹי וֵויי" - אוֹיף זַיינֶע וֵוייטָאג וַוייל זַיינֶע גְלִידֶער הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן זִיךְ צֶעבְּרֶעכְן בִּיז עֶר אִיז גֶעשְׁטָארְבְּן.


דארפסט נישט ווארטן ביז דו קומסט קיין אומאן צו מקיים זיין וידוי דברים לפני תלמיד חכם, קענסט שוין יעצט - ווען דו באקומסט די בריוו - זיך פארמאכן די אויגן און זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן, און אים דערציילן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה – אלע שלעכטע מחשבות, ובדיבור – אלע שלעכטע רייד, ובמעשה – אלע שלעכטע מעשים.


פארמאך דיינע אויגן און זאג: "רבונו של עולם, איך וויל דיר דערציילן מיינע מעשים, איך שעם זיך אזוי שטארק ווי איך בין אזוי געפאלן, איך האלט נישט אויס די בושה, איך קען עס נישט דערהייבן, וואס איז געשען מיט מיר? איך האב באקומען א ריינע הייליגע נשמה און דאס אזוי פארשמירט מיט מיינע פגמים, איך האב געטון ... און געטראכט ... און גערעדט ...; הייליגער באשעפער איך מאך יעצט וידוי דברים פאר דיר, בעט איך דיר, נעם ארויס מיינע עבירות פון מיינע ביינער און מח מחשבה, העלף מיך איך זאל זוכה זיין צו אמת'ע תשובה, איך זאל זוכה זיין צו פאררעכטן וואס איך האב פוגם געווען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.

#58 - ווי אזוי ווערט מען נאנט אין "היכל הקודש"?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, צדיקים, ספיקות, היכל הקודש, דרשות, בלבולים, פארנארן, אמונת חכמים, חלישות הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער עס איז געווען א הערליכע פרויען צוזאמקום און א הערליכע שיעור, די נקודה וואס מען האט גערעדט אז מען דארף זיך קאנצעטרירן אויף די שיעורים און אויף די תכלית פון די פלאץ, איז אזא וויכטיגע און שטארקע נקודה.


איך געדענק ווען איך בין געקומען די ערשטע מאל אין א שבת אין שול אין שטעטל, איז דעמאלט צוגעקומען צו מיר א פרוי און אנגעהויבן רעדן עפעס אזוי, "ש'כח אייבערשטער, אמת עס דא איז די שענסטע פלאץ אין די וועלט? און מיר זענען אזוי לאקי צו האבן אזא ראש ישיבה" און אזוי ווייטער אזעלכע סארט ווערטער, און עס האט זיך נישט געענדיגט. איך האב זיך שיעור אויסגעדרייט און אנטלאפן, עס האט מיר שרעקליך געאיבלט, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז איך בין אריינגעפאלן אין די נישט ריכטיגע פלאץ.


שפעטער איז צוגעקומען צו מיר א צווייטע פרוי, און זי האט מיר געזאגט אז זי וויל מיר נאר זאגן א גוטע עצה, זי האט מיר געוויזן אויף די מחיצה און מיר געזאגט אז אויב איך וויל עכט וויסן וואס די פלאץ איז און נישט ווערן צעמישט, זאל איך קוקן נאר דא, און מיט דעם האט זי מיר אריינגעוויזן אין די מחיצה אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א. זי האט מיר געזאגט, "קוק נישט רעכטס און נישט לינקס, ווייל אויב יא האסטו גרויסע שאנסן אוועקצוגיין נאך איידער דו קומסט אן".


איך בין איר זייער מכיר טובה. מערערע מאל האט זי מיר זייער מחזק געווען און מיר געהאלפן האלטן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ. עס איז געווען צייטן ווען איך האב געשפירט אז דאס איז עס, און זי האט מיר זייער אויסגעקלארט און מחזק געווען. זי האט אלעמאל געהאט די ריכטיגע זאך צו זאגן.


איך האב אנגענומען איר עצה, און איך האב אזוי געטון סיי אין שטעטל און סיי ביי די פרויען שיעורים פאר די ערשטע לאנגע צייט. איך האב קודם נישט געוואוסט וואו איך בין אריינגעפאלן, איך בין געקומען צום שיעור און ארויסגעגאנען א מינוט נאכ'ן שיעור. אבער ש'כח אייבערשטער אז מען איז זוכה דורך די שיעורים אויסצואוואשן דעם מח מיט די אלטע וועג פון טראכטן, און זען די שיינקייט פון יעדן.


נישט אז היינט בין איך שוין אריבער אלע זיבן וואסערן, עס פאסירט נאך גענוג מאל וואס איך פאל אריין אין א קטנות הדעת ווען איך קום אין שטעטל. און אלעס און יעדער שטערט מיר, איך ווייס אבער כאטש אז איך בין דער פראבלעם און נישט יענער. ש'כח אייבערשטער.


איך שעפ זייער אסאך חיזוק ווען דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון זיין אנהויב התקרבות, ווייל איך זע אז איך האב נאך אפשר שאנסן אויסצוקלארן מיין בליק און מיין מח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


היכל הקודש איז איין זאך: 'שכל און התחזקות פון הייליגן רבי'ן'; עס איז נישט קיין מענטשן, עס איז נישט דער און נישט יענער, עס איז גארנישט עפעס אנדערש אויסער די ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן.


חלישות הדעת און בלבולים וכו' - דאס מוז זיין, ווייל ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען הויבט אן הערן דעם הייליגן רבינ'ס תורות, חיזוק און עצות, ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן - ווערט דער סמ"ך מ"ם זייער דערשראקן, אז פון זיין שווערע הארעוואניע וועט גארנישט בלייבן, ער זוכט אלע וועגן ווי אזוי אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן.


דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט איז דער סמ"ך מ"ם געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, דו גיי זוך אן עצה"; וואס איז דער סמ"ך מ"ם אזוי דערשראקן פון רבינ'ס נשמה? ווייל וויפיל ער זאל נאר צעברעכן, אראפווארפן און אוועקשלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן - קומט דער רבי און ברענגט דעם מענטש צו תשובה, און צו אנהויבן א נייעם לעבן, דער רבי ברענגט אונז צו מדריגות פון צדיקים, מען טוט תשובה און אלע עבירות ווערן זכיות, דער רבי איז אים ווי א דארן אין אויג.


מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון צדיקים, אלע צדיקים זענען דבוק צום אייבערשטן און רעדן צו זייערע תלמידים פון עבודת השם יתברך, דער סמ"ך מ"ם האט נישט ליב קיין איינע פון די צדיקים, אבער ביים רבי'ן - דארט איז עפעס אנדערש, דער רבי כאפט ארויס נשמות וואס זענען שוין פארכאפט ביי די קליפות, דער רבי לאזט זיך אראפ צו אונז מענטשן וואס מיר זענען אזוי ווייט און האט אויף אונז רחמנות מיר זאלן אויך זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן; דאס קען דער סמ"ך מ"ם נישט ליידן, דעריבער טוט ער אלע פעולות אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן; מיט לשון הרע און ליצנות, חלישות הדעת און בלבולים וכו' וכו'.


מוהרא"ש פארציילט אויף א משפיע ביי אנשי שלומינו וואס איז געפארן פון אמעריקע קיין ארץ ישראל צו זיין ראש השנה ביים קיבוץ אין ירושלים, נאך די ערשטע טאג ראש השנה איז יענער געווארן אזוי אנטוישט פון די הפקירות אין שול (מאה שערים), אז ער איז נישט צוריק געקומען דאווענען מיט אנשי שלומינו, ער איז געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן, ביז מוהרא"ש האט גערעדט מיט אים שעות אויף שעות ער זאל נישט קוקן אויף קיינעם, ער זאל נאר קוקן אין די ספרים און נעמען די שכל פון רבי'ן.


אן א שיעור מענטשן האבן אפגעלאזט דעם הייליגן רבי'ן צוליב חלישות הדעת וכו' וכו'. ווען איך בין מקורב געווארן האבן מיר זייער אסאך זאכן געשטערט, דעמאלט האב איך אפגעמאכט אז איך קוק נישט אויף קיינעם, עס גייט מיר גארנישט אן, איך קום צו מוהרא"ש, איך הער וואס איך דארף הערן און איך לערן די הייליגע ספרים, די הייליגע קונטרסים, מער אינטערעסירט מיר נישט.


מוהרא"ש האט אסאך גערעדט פון דעם צו אונז ביי די שיעורים; נישטא קיין נאנטע מקורבים, נישטא קיין ווייטע מקורבים, אלעס איז שטותים והבלים, איין זאך איז דא, די שיעורים, די ספרים; מען זאל טון וואס מען רעדט ביי די שיעורים, און זיך מאכן א חשבון: 'האב איך היינט גערעדט צום אייבערשטן? האב איך היינט געעפנט א משניות? האב איך היינט געעפנט א ליקוטי מוהר"ן?' מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן צו אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מה שביד בטוח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#57 - איך קען נישט מער, זאל איך אנטלויפן?
אומאן, שלום בית, תהלים, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צרות, פרנסה, נסיונות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיל ווי איך קען נישט מער, איך וויל ארויסטשעקן, איך גיי וואוינען אליין.


איך האב זייער ליב מיין ווייב, אבער איך האב נישט קיין געלט צו צאלן די גראסערי, מיין אינגל גייט באקומען פיאות, איך דארף קויפן ציצית און קאפל, און איך האב נישט קיין פרוטה.


אפשר זאל איך וואוינען אליין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, נישטא וואו צו אנטלויפן, אין איין פלאץ קענסטו אנטלויפן: "אנטלויף צום אייבערשטן"; גיי אין א ווינקל און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים פאר פרנסה: "רבונו של עולם העלף מיר, איך דארף פרנסה, איך האב נישט קיין געלט צו קויפן עסן פאר מיין ווייב און קינדער", נאר דאס וועט דיר העלפן.


הער א מעשה וואס האט פאסירט ביי רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, אמאל איז געווען ביי אים די מצב אזוי ווי ביי דיר, זייער ענג, ער האט נישט געהאט צו געבן פאר די קינדער קיין עסן, האט ער געטראכט ער וועט פארן קיין אדעסא וואו עס וואוינט זיין פעטער א גרויסער גביר, דער פעטער וועט אים זיכער ארויסהעלפן.


ער האט נישט געהאט קיין געלט צו דינגען א פערד און וואגן קיין אדעסא, האט ער זיך ארויסגעלאזט צופיס, ווען ער איז אנגעקומען קיין אדעסא, קלאפט ער אריין צו זיין פעטער, קומט איינער צום טיר און פרעגט: "ווער איז דארט?" ענטפערט ער: "נחמן פון טולטשין!" ער קומט אריין, דער פעטער געבט אים א קאלטע שלום עליכם, און זאגט אים: "אנטשולדיגט, איך קען נישט רעדן יעצט", און ער מאכט צו די טיר.


רבי נחמן טולטשינער האט שיער גע'חלש'ט, ער איז געווארן זייער צעבראכן, אויפן וועג אהיים האט ער זיך זייער צואוויינט צום אייבערשטן און ער האט געזאגט: "רבונו של עולם, איך שעם זיך פון דיר פארוואס איך האב זיך פארלאזט אויף מיין רייכער פעטער פון אדעסא און נישט אויף דיר, זיי מיר מוחל אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל אייביג געדענקען אז נאר דו קענסט מיר העלפן, און איך זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם".


שפעטער האט ער דערציילט פאר זיין רבי, רבי נתן - די מעשה, זאגט אים רבי נתן: "אז מען האט א צרה פארט מען קיין אדעסא?! אז מען האט א צרה פארט מען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון און מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן".


לויף נישט אוועק פון דיין ווייב און קינדער, אוועק לויפן וועט דיר נישט העלפן, דוד המלך זינגט אין תהלים (תהילים קלט, ו-יב): "פְּלִיאָה דַעַת מִמֶּנִּי נִשְׂגְּבָה לֹא אוּכַל לָהּ, אָנָה אֵלֵךְ מֵרוּחֶךָ, וְאָנָה מִפָּנֶיךָ אֶבְרָח", עס איז מיר א וואונדער ווי א מענטש קען טראכטן ביי זיך אז ער קען אנטלויפן פונעם אייבערשטן, "אִם אֶסַּק שָׁמַיִם שָׁם אָתָּה", ווייל אז איך וועל ארויפגיין אין הימל - ביסטו דארט רבונו של עולם, "וְאַצִּיעָה שְּׁאוֹל הִנֶּךָּ", אז איך וועל זיך באהאלטן אין תהום - ביסטו ווייטער דארט רבונו של עולם, "אֶשָּׂא כַנְפֵי שָׁחַר אֶשְׁכְּנָה בְּאַחֲרִית יָם, גַּם שָׁם יָדְךָ תַנְחֵנִי וְתֹאחֲזֵנִי יְמִינֶךָ", איך וועל אנטלויפן צו א ווייטע לאנד אריבער דעם גרויסן ים - דארט ביסטו אויך רבונו של עולם, "וָאֹמַר אַךְ חֹשֶׁךְ יְשׁוּפֵנִי וְלַיְלָה אוֹר בַּעֲדֵנִי, גַּם חֹשֶׁךְ לֹא יַחְשִׁיךְ מִמֶּךָ, וְלַיְלָה כַּיּוֹם יָאִיר כַּחֲשֵׁיכָה כָּאוֹרָה", איך וועל מיר באהאלטן אין די פינסטערניש - דארט ביסטו אויך רבנו של עולם, ביי דיר איז נישט קיין חילוק צי עס איז טונקל צו ליכטיג; איז ווי קען מען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן?!


נעם א תהלים און זינג צום אייבערשטן, דאנק אים פאר אלעס גוטס וואס ער טוט מיט דיר און אויך בעט אים פאר א נס, פאר פרנסה; וועסטו זען אז גרויסע ניסים וועט געשען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#56 - ווי אזוי וואלט איך באדינט מיין מאמע?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן מיר געבן די מתנה וואס הייסט א 'מאמע'.


נעכטן נאכט האט מיין מאמע מיר געבעטן איך זאל איר שמירן עפעס א זאלב וואס שמעקט זייער נישט גוט, ווייל פון ווען זי האט געמאכט קימא טעראפי איז איר רוקן פארשטייפט, און מען קען גארנישט טון פאר דעם, און מיין מאמע האט מיר געברענגט א הענטשיך איך זאל איר אנשמירן מיט דעם די זאלב.


האב איך איר געפרעגט, "פארוואס א הענטשיך?", זאגט זי מיר, "ווייל די זאלב שמעקט אביסל, און איך וויל נישט דו זאלסט זיך עקלען", האב איך איר געענטפערט, "מאמע, דו האסט אזא הייליגע גוף, איך וויל עס נישט אנכאפן מיט קיין הענטשקעס, נאר מיין האנט אליין זאל האבן די זכי'..." און עס האט זיך אויסגעשפרייט אויף איר פנים א ריזיגע שמייכל.


און אלעס איז צו פארדאנקען די אלע שיעורים אין וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט וועגן די פונקט, אז מען העלפט נישט מיט הענטשקעס, נאר מיט די גאנצע ווילן און מיט די אייגענע הענט - כאפט מען אזעלכע מצוות.


יישר כח פאר'ן מיר שענקען א מאמע, א זאך וואס איך האב נישט געכאפט אז איך האב פאר'ן הערן די הייליגע שיעורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר זענט מכבד אייער מאמע מיט שמחה און פארגענוגן, די מעשה וואס איר שרייבט דערמאנט די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי קידושין א, ז) רבי טרפון איז געגאנגען שפאצירן שבת מיט זיין מאמע און איר שיך האט זיך צעריסן, האט רבי טרפון זיך אראפגעלייגט און געלייגט זיינע הענט אויף דער ערד, זאגנדיג: "מאמע, טרעט אויף מיר", כדי זי זאל נישט גיין בארוועס, אזוי איז ער געגאנגען מיט איר ביז זי איז אנגעקומען צו איר שטוב, דער צדיק האט נישט געטראכט פון זיך, פון די שניטן וואס ער וועט באקומען פון די שמוציגע ערד וואס וועט שמוציג מאכן זיינע הענט, ער האט נאר געטראכט פון די כבוד פון זיין מאמע.


נישטא קיין גרעסערע זאך ביי אידישע קינדער ווי טאטע מאמע, און ווער עס איז מכבד די עלטערן מיט ליבשאפט און שמחה - זאגט דער אייבערשטער – איז עס אזוי ווי דו ביסט מיך מכבד, און ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן - איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע זיינע עבירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק כו): "כל זמן שאדם מכבד את אביו ואת אמו אין חטא בא על ידו" ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן - וועט נישט צוקומען צו טון עבירות, "ואם חטא" און אויב ער האט שוין געטון עבירות, "נמחל לו" איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף די עבירות.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - וואס זאל איך זיך אונטערנעמען לכבוד מיין געבורטסטאג?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, קבלה טובה, יום הולדת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך זאל זיך אונטערנעמען א גוטע קבלה לכבוד מיין געבורטסטאג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם זיך פאר לכבוד דיין געבורטסטאג צו רופן דיינע עלטערן יעדן טאג.


מען דארף נישט רעדן לאנג, מען דארף נישט שמועסן לאנג; רוף זיי יעדן טאג, דערצייל זיי עפעס א שיינע זאך פון דיין משפחה און אינטערעסיר זיך וואס זיי מאכן; דאס איז די שענסטע קבלה וואס דו זאלסט מאכן.


אמאל האט דער חזון איש זכותו יגן עלינו פארהערט קינדער, א קינד האט אויפגעהויבן די האנט ער וויל פרעגן א פראגע, דער חזון איש פרעגט אים: "וואס ווילסטו פרעגן?" זאגט דער אינגל: "ווי אזוי וואקסט מען אויף א חזון איש?" דער חזון איש האט זיך פארטראכט און זיך אנגערופן: "דורך די מצוה פון כיבוד אב ואם".


וואויל איז דעם וואס איז שטארק אין די מצוה, וועט ער זוכה זיין צו די וועלט און צו יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - האב איך געדארפט צוריקגעבן די האנט פאר דעם עזות פנים?
סיפורי צדיקים, מחלוקת, שלום, מדות טובות, בזיונות, וויכוחים, עזות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין לעצטנס געווען ביי א משפחה שמחה, און עס איז אנגעקומען דארט איינער וואס האט מיר זייער אנגעשריגן ווען איך האב געוואלט אריינלייגן מיינע קינדער אין ..., ער איז צוגעקומען צו מיר וואונטשן מזל טוב, אבער איך האב אים ממש נישט געקענט צוריק געבן די האנט, איך האב זיך אוועקגעדרייט און אים איגנארירט. איך האב אים נישט געקענט דריקן די האנט אין די צייט ווען עס איז מיר ארויפגעקומען אין מח די חוצפה און עזות ווי אזוי ער האט גערעדט קעגן דעם הייליגן רבי'ן, ער האט געשריגן אויף מיר, "דו האסט א טויטע רבי אונטער דער ערד, און ענק טוען זיך וואס ענק ווילן", און אזוי איז ער געשטאנען און פארשעמט דעם הייליגן רבי'ן פאר עטליכע מינוט אין פארנט פון אסאך מענטשן וואס זענען דארט געשטאנען ארום; און דעריבער האב איך אים נישט געקענט קוקן אין פנים איידער ער בעט איבער דעם רבי'ן.


למעשה האב איך יעצט א שולד געפיל אויב איך האב ריכטיג געטון, אפשר האב איך אים יא געדארפט צוריק געבן די האנט, ווייל איך האב געזען אז ער איז גלייך ארויס פון זאל, אפשר איז ער פארשעמט געווארן פון מיר?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן אויב איך האב געמאכט א טעות, צו וויסן אויף א קומענדיגע מאל ווי אזוי איז ריכטיג זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט נישט גוט געטון, מען טאר נישט פארשעמען א איד, זאל זיין וואס זאל זיין, און אז איינער וויל דיר ווינטשן ביי א שמחה מזל טוב, אז איינער געבט דיר די הענט - דארפסטו צוריק געבן און חס ושלום יענעם וויי טון, און אז יענער איז אן עזות פנים, ער רעדט אויפן רבי'ן - דאס איז נישט דיין עסק, דער רבי דארף נישט דו זאלסט זיך אננעמען פאר אים.


מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל אין א שול זייער פארשעמט א ברסלב'ער חסיד, מען האט געדערט אויפן רבי'ן און דער ברסלב'ער חסיד האט געשוויגן און נישט געענטפערט. דארט איז געווען א איד, א חסיד פון א צווייטע חסידות, פרעגט ער דעם ברסלב'ן חסיד: "היתכן דו שווייגסט, דו נעמסט זיך נישט אן? וואלט איינער גערעדט אויף מיין רבי וואלט איך יענעם געענטפערט מנה אחת אפים!" האט דער ברסלב'ער חסיד געענטפערט: "אויפן הייליגן רבי'ן דארף איך זיך נישט אננעמען, ווייל אין הימל ווייסט מען פון רבי'ן, וועט מען זיך אננעמען פון הימל".


ובכן בעט איך דיר, נעם זיך נישט אן פארן רבינ'ס כבוד, דער רבי איז באקאנט אויבן אין הימל, דארט נעמט מען זיך אן פארן רבי'ן; זאלסט קיינמאל נישט וויי טון א איד.


מוהרא"ש האט אונז געזאגט, ווער עס וויל זיך אננעמען פאר זיין כבוד זאל לערנען נאך א פרק משניות, נאך א בלאט גמרא, נאך א קאפיטל תהלים, און אהיים גיין העלפן די ווייב, גיין הפצה וכו'; מיט דעם נעמט מען זיך אן פאר זיין כבוד, אבער חס ושלום וויי טון א צווייטן איד, חס ושלום נישט צוריק געבן די הענט וכו'.


קיינמאל זאלסטו נישט וויי טון א צווייטן, און אז איינער איז דיך מבזה  - זאלסטו דאס אננעמען פאר כפרת עוונות. דער טשערינער רב זכרונו לברכה האט געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו, ווען א מתנגד האט געווארפן אויף אים צואה, דער מתנגד האט דאס אריינגעווישט אין זיין בעקיטשע און עס פארשמירט, און דער וואס איז מיטגעגאנגען מיטן טשערינער רב האט זיך אויסגעדרייט און געשריגן: "אויף א רב ווארפט מען? שעם זיך!" האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייגן איז אונזער זאך, דער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", הערן ווי מען ווערט פארשעמט און שווייגן - דאס איז תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - פארוואס ווארפט א קינד צוריק א קאמפלימענט?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מוהרא"ש, שמחה, מלמדים, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך נוץ ברוך ה' די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז ווי אזוי מחנך צו זיין די טייערע קינדערלעך.


איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, עס זענען דא קינדער וואס ווען איך געב זיי א קאמפלימענט, "דו ביסט זייער א וואויל אינגל", וועלן זיי אלץ ענטפערן, "איך בין נישט א גוטע אינגל"; אדער צום ביישפיל ווען איך זאג איינעם, "דו קענסט זייער שיין מאלן און קאלירן", וועט ער צוריק זאגן, "נישט אמת, איך קען נישט, איך קאליר זייער נישט שיין", און דאס גלייכן.


פון וואס קומט דאס? און ווי אזוי דארף איך רעאגירן צו דעם, אדער זאל איך זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט, וואס איז פשט אז מען געבט א גוט ווארט פאר א קינד און ער זאגט: "דאס איז נישט אמת"?


עס קען זיין אפאר סיבות; אדער אז דער קינד האט אסאך געהערט שלעכטע ווערטער, עס קלינגט אים אין קאפ 'ביסט נישט גוט, ביסט א שלעכט קינד', און יעצט ווען ער באקומט א גוט ווארט, מען זאגט אים "ביסט גוט" - קלינגט אים די נישט גוטע ווערטער, דערפאר ווארפט ער דאס צוריק. אויך קען זיין אז מען איז מחנך קינדער מיט שקר, מען זאגט זיי שטענדיג "זיי ווי דעם קינד", "פארוואס ביסטו נישט ווי יענעם?" "איך וויל דו זאלסט זיין ווי דעם קרוב, דעם שכן"; איז אפילו מען זאגט אים נישט דירעקט אז ער איז שלעכט, ווייסט ער אבער ביי זיך 'כל זמן איך בין נישט ווי יענעם - בין איך שלעכט'.


אמאל קען אויך זיין א קינד וואס איז זייער הונגעריג פאר די גוט ווארט, און ער וויל דאס נאכאמאל הערן, דעריבער מאכט ער דאס אוועק, ער האפט אז מען וועט אים דאס נאכאמאל זאגן.


ווער נישט דערשראקן ווען א קינד ווארפט צוריק דעם גוט ווארט, געב א שמייכל און זאג אים נאך עפעס א גוט ווארט, ווייל גוטע ווערטער איז פון די וויכטיגסטע זאכן פארן לעבן, בפרט פאר קינדער, די גוטע ווערטער עפנט זייער מח און הארץ.


אויך זאלסטו שמייכלען צו דיינע תלמידים; דאס וועט זיי עפענען די מח און הארץ, זיי וועלן קענען מקבל זיין וואס דו לערנסט מיט זיי.


מוהרא"ש האט מיר אלץ געזאגט: "דו ביסט צו ערנסט, דיינע תלמידים וועלן זיך דערשרעקן און נישט קענען מקבל זיין", (ווען איך פלעג קומען צו מוהרא"ש - בין איך אלץ געקומען מיט אן ערנסטקייט). אזויפיל מאל האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "געב א שמייכל, זינג מיט דיינע תלמידים, מאך זיי פרייליך", נאר אזוי איז דא מוחין מקבל צו זיין וואס מען לערנט מיט זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - פארוואס האבן מיר זיך געדארפט קריגן אין אומאן?
אומאן, שלום בית, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע התחזקות און עצות וואס מיר באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געוואלט דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א א זאך וואס שטערט מיר זייער שטארק; איך האב זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון אינאיינעם מיין ווייב, א נאכט איידער מיר זענען צוריק אהיימגעפארן האט זיך דער יצר הרע עפעס אריינגעכאפט ביי אונז, און מיר האבן זיך צעבלאזן, זיך געקריגט, און צומארגנס אינדערפרי האבן מיר געדארפט זיך יאגן צו גיין, מיר זענען קוים אנגעקומען צו לויפן צום ציון, קוים געקענט זאגן אביסל תיקון הכללי און גלייך געלאפן, און מיר האבן זיך נאכאלץ נישט געהאט איבערגעבעטן.


די גאנצע וועג אהיים האב איך נישט אויפגעהערט זיך צו עגבערן אויף דעם, איך האב זיך אליין נישט געקענט גלייבן ווי אזוי מיר האבן געקענט איבערלאזן דעם רבי'ן אן קיין שלום בית, עס האט אונזער זייער וויי געטון אז מיר זענען אוועקגעגאנגען פונעם רבי'ן אן שלום בית, די זאך וואס איז געווען אזוי חשוב ביים הייליגן רבי'ן.


ביז יעצט עסן מיר זיך אויף דאס געזונט איבער דעם, מיר האבן אסאך צער פון דעם, און מיר קענען קוים ווארטן צוריק צו גיין קיין אומאן און איבערבעטן דעם רבי'ן. איך קען זיך אליין נישט קוקן אין פנים.


איך האב שוין געקויפט ברוך ה' א טיקעט צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער איך שפיר אז איך קען נישט צוריק פארן איידער איך פאר נאכאמאל צום רבי'ן מיט מיין ווייב, און אפשר אויך מיט די קינדער, איבערצובעטן דעם הייליגן רבי'ן.


וואס האלט דער ראש ישיבה שליט"א אז מיר דארפן צו טון? ווי אזוי קענען מיר דאס פאררעכטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דערמאנסט מיר די מעשה וואס האט פאסירט ביים רבי'ן מיט איינער פון די תלמידים וואס האט זיך געקריגט מיט זיין ווייב. אמאל איז דער רבי געזיצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "ווי וואגט זיך צו קומען צו מיין טיש איינער וואס האט נישט קיין ריינע מחשבות", און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט בלייבן זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן וויינען, און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען די תורה. וואס איז געווען די מעשה מיט דעם אינגערמאן? מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן, און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש, אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית; ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב - האט מען נישט קיין מח; מען ווערט אויס מענטש, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין א טיפע גרוב.


ביסט געקומען צו פארן צום רבי'ן און דארט ביים רבי'ן זיך געקריגט מאן און ווייב, עד כדי כך אז דו ביסט אוועק געפארן אן ענדיגן די תיקון הכללי; ווייל דער רבי וויל נישט מען זאל זיך קריגן, אז מען קומט צום רבי'ן דארף מען לעבן בשלום.


בעט זיך איבער און מער זאלסטו זיך נישט קריגן, דאס וועט זיין דיין תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - וואס איז די שיעור פון כיבוד הורים, ווי שווער דארף עס זיין?
שלום בית, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א שאלה אין כיבוד הורים. מיינע עלטערן פלעגן זיך געווענליך נישט אריינמישן אין אונזער לעבן, אבער לעצטנס האט מיין טאטע אנגעהויבן מער זיך צו מישן, און עס שטערט מיך זייער.


צום ביישפיל ווען איך גיי ארויס מיט מיין מאן ערגעץ, און אינמיטן רופט מיר מיין טאטע פרעגן וואו מיר זענען, און עס איז מיר נישט געשמאק אים צו ענטפערן. און די זעלבע פאסירט אסאך מאל ווען ער פרעגן פריוואטע שאלות וואס מיר ווילן נישט ענטפערן. אויב הויבט מען נישט אויף גלייך דעם טעלעפאן, וועט ער רופן נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען הויבט אויף. ער קען רופן שפעט ביינאכט פאר טובות. כאטש וואס ער טוט עס נישט פון שלעכטקייט, ער מיינט נאר גוטס, איז עס אבער אסאך מאל זייער נישט בא'טעמ'ט.


אסאך מאל בעט ער פון מיין מאן אסאך טובות, אים צו איינקויפן און ברענגען און טראגן זאכן, און פונקט אין א צייט וואס ער איז גאר שטארק פארנומען, אבער מיין טאטע קען נישט פארשטיין פארוואס מיר שפירן נישט פאר א זכות אים צו העלפן מער, און זיין פארנומען נאר מיט אים די גאנצע צייט.


דאס איז אויסער דעם וואס איך שפיר אז ער איז בכלל נישט מכיר טוב פאר די פילע טובות וואס מיר טוען פאר אים, איבער די כוחות. מיר העלפן אים גאר אסאך אין גאר אסאך וועגן, אבער ער שעצט עס בכלל נישט. מיין מאן איז א גוטער און ער זאגט גארנישט, אבער מיך נעמט עס ארויס פון די כלים.


ווען עס מאכט זיך אז איך דארף אפזאגן מיין טאטע, שפיר איך זייער שלעכט, איך האב מורא, איך ווייס ווי הארב כיבוד אב ואם איז, איך ווייס אז דער אייבערשטער באצאלט מדה כנגד מדה. אבער וויפיל איז די שיעור צו טון פאר כיבוד הורים. כיבוד אב ואם איז א שווערע מצוה, עס קומט נישט צו זיין גרינג, אבער ווי שווער דארף עס זיין? ביז וואו איז דער גבול? איך וויל נאך בלייבן מיט א גוטע טעם אין מויל פון די מצוה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


כיבוד אב ואם האט נישט קיין גרעניץ, וויפיל מען טוט די מצוה - דארף מען נאך און נאך טון; כיבוד אב ואם האט נישט קיין שיעור. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי פאה, ג.) מען האט געפרעגט די שאלה פון דעם הייליגן תנא רבי אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן? האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין", וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייט פרעגן דמה בן נתינה, "רֹאשׁ פְּטַרְבּוֹלֵי הָיָה", ער איז געווען פון די גרעסטע גענעראלן אין די מיליטער, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שוך, "בִּפְנֵי כָּל בּוּלֵי שֶׁלּוֹ", פאר אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אונטער אים, "וְנָפַל קוֹרְדְקוֹן שֶׁלָּהּ מִיָדָהּ", און די שוך איז אראפגעפאלן פון אירע הענט, "וְהוֹשִׁיט לָהּ שֶּׁלֹּא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפגעבויגן אויפצוהייבן די שוך און דאס געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפבייגן און זיך מצער זיין, מיט דעם האט זיי רבי אליעזר געענטפערט: "נישטא קיין שיעור, מען איז מחויב מכבד זיין טאטע מאמע אפילו עס איז שווער".


א פרוי נאך איר חתנה איז נישט מחויב מיט כיבוד אב ואם, אזוי שטייט אין הלכה (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמ, סעיף יז): "הָאִשָּׁה אֵין בְּיָדָהּ לַעֲשׂוֹת" א פרוי האט נישט די מעגליכקייט צו מכבד זיין די עלטערן, "שֶׁהִיא מְשֻׁעְבֶּדֶת לְבַעֲלָהּ" ווייל זי דארף אלעס טון פאר איר מאן, "לְפִיכָךְ הִיא פְּטוּרָה מִכִּבּוּד אָב וָאֵם בְּעוֹדָהּ נְשׂוּאָה", דעריבער איז זי פטור, ווייל זי איז מחויב צו מכבד זיין איר מאן. אבער עס איז א קלארע הלכה (ש"ך, סעיף קטן יט): "אם אין בעלה מקפיד, חייבת בכל דבר שאפשר כמו האיש", אויב איר מאן איז נישט קעגן דאס וואס זי איז איז מכבד איר טאטע - איז זי מחויב מכבד זיין א טאטע פינקט אזוי ווי א מאן איז מחויב זיי צו מכבד זיין, און ווי איר שרייבט איז אייער מאן אן ערליכער און ער איז נישט מקפיד, אדרבא, ער אליין איז זייער מכבד אייערע עלטערן; זאלט איר ווייטער מכבד זיין אייערע עלטערן, און דאס ווערט גערעכנט ביים אייבערשטן ווי מען איז מכבד דעם אייבערשטן אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - התבודדות מוז מען ארויסזאגן די ווערטער מיט'ן מויל
סיפורי צדיקים, התבודדות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב ווען מען מאכט התבודדות מוז מען ארויסזאגן די ווערטער מיט'ן מויל, אדער איז גענוג אז מען טראכט עס מיט מחשבה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון התבודדות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז זייער א גרויסע זאך, עס איז גרעסער פון אלע עבודות, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו אים.


התבודדות איז נישט טראכטן, התבודדות איז רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי א זון רעדט צו זיין טאטע און אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד, דאס ברענגט צו די העכסטע מדריגות, און דאס האט דער רבי גערעדט מיט אונז, און מוהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד) דער רבי איז געגאנגען א שפאציר מיט רבי נתן, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט די ווערטער: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט דעם זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס דערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד' - האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבערגיין אויף מיר - וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - פארוואס האב איך אזויפיל רדיפות פון מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, דן לכף זכות, מניעות, התנגדות, מוהרנ"ת ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקן פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, די דרשות געבן מיר חיזוק און שכל ווי אזוי צו לעבן אין אלע מיינע אומשטענדן, דער אייבערשטער זאל געבן מער און מער כח פארן ראש ישיבה שליט"א צו קענען משפיע זיין פאר די וועלט די הייליגע געשמאקע לימודים.


אויב איך מעג בעטן אביסל חיזוק אינעם ענין פון כיבוד אב ואם, איך האב דאס אלעמאל געדארפט, אבער ספעציעל נאכ'ן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן. מיין טאטע און מאמע פירן זיך זייער נישט שיין צו מיר, איך שלינג און שלינג און איך ענטפער נישט, ווי אויך פרוביר איך ווי ווייניגער מיין ווייב זאל מיטהאלטן, אבער צומאל טרעט עס מיר ממש צום הארץ, זיי בארעדן מיך און מיין ווייב, מיין ווייב'ס משפחה, ער פארשעמט מיך ברבים.


פון די אנדערע זייט פיר איך זיך אויף זייער שיין צו זיי, איך מאך זיך ווי כאילו איך כאפ נישט, ווי איך ווייס נישט אז ער פארשעמט מיך, איך טו זאכן וואס קיין שום אנדערע זון וואלט נישט געטון פאר זיינע עלטערן, אלעס אז זיי זאלן זען נחת פון מיר און מיין משפחה; איך שמייכל, איך שיק בילדער, איך געב מתנות פאר מיין מאמע, איך האב געטוישט מיינע פלענער וואו צו זיין ביי די סעודות אז עס זאל אויסקומען גוט פאר זיי, אבער מיין טאטע איז געזעסן ביי די סעודות און חוזק געמאכט פון ברסלב.


אויך שפיר איך ווי מיין טאטע העצט אן מיין מאמע קעגן מיר און מיין ווייב, איך זע לעצטנס אז ווען איך רוף מיין מאמע רעדט זי אזוי שטעכעדיג, ווי כאילו איך בין א מצורע.


עס איז דא וואכן וואס איך רוף ממש נישט זאגן גוט שבת פאר מיין טאטע, פשוט איך בין נישט אין די גוסטע, ער מאכט מיר שפירן ווי דער גרעסטע בעל עבירה, און איך בין אים שופך דם וכו' וכו' וכו'. איך פרעג זיך צומאל, ווייל ער איז מיין טאטע און איך בין זיין זון, איז דא אן היתר אויף הלבנת פנים?


איך קען שרייבן און שרייבן אבער איך וועל בלייבן שטיין דא; אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א שרייבן פאר מיר אדער אויך פאר מיינע געשוויסטער חיזוק והדרכה איבער דעם, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו וויסן דו מאכסט א גרויסער טעות, דיינע עלטערן קריגן בכלל נישט אויפן רבי'ן, זיי קריגן בכלל נישט אויף היכל הקודש; זיי האבן ליידער געהערט לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן, זיי מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון נישט גוטע, דעריבער קריגן זיי, אבער באמת איז דאס א ליגנט, און אויף דעם האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, איך קריג אויך אויף דעם מענטש – זאגט דער רבי – אבער אויף מיר קריגט קיינער נישט".


דיינע עלטערן זענען באזארגט, זיי ציטערן אז זייערע קינדער זענען אנגעקומען צו א פלאץ וואס מען פירט זיך נישט מיט די תורה, נישט מיט הלכה און נישט מיט יראת שמים, דיינע עלטערן זענען טייערע עלטערן, זיי ווילן נאר דאס גוטס, אזוי ווי אלע עלטערן וואס ווילן נאר דאס גוטס ביי זייערע קינדער.


געב אכטונג אויף זייער כבוד, געב אכטונג, זיי מכבד דיינע עלטערן מיט די גרעסטע מאס כבוד, און אז זיי פירן זיך צו דיר ביז דערווייל נישט שיין - זאלסטו ווייטער זיך פירן צו זיי מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייסן; עס שטייט (דברים ה, טז): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", זיי מכבד טאטע און מאמע, נישט ווייל די שכל זאגט אזוי, נאר "כַּאֲשֶׁר צִוְּךָ ה' אֱלֹקֶיךָ", ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן.


שטארק זיך, די רדיפות וועט דיר צוניץ קומען, אלע שטערונגען וואס גייען אריבער אויפן מענטש ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - איז א גרויסע טובה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה, בסוף): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס האט גרויסע מניעות ווען ער ווערט מקורב צום אייבערשטן, "דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ", ער האט מניעות פון זיין טאטע, ווייב אדער שווער, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד, וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן וכו'", אדער מניעות פון געלט, "הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס איז א גרויסע טובה פארן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה", ווייל דורכדעם, "זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", איז מען זוכה צו מקבל זיין שפע קדושה וטהרה צו ווערן מקורב צום אייבערשטן.


מיט תפילה וועסטו אלעס איבערדרייען לטובה, עס וועט זיך ענדיגן אזוי ווי ביים הייליגן רבי נתן, וואס זיין טאטע האט זייער גע'רודפ'ט; ער האט אים נישט אריינגעלאזט אין שטוב און ער האט אנגעדרייט אז עס זאל ווערן א גט, און ביים סוף האט זיך אלעס איבערגעדרייט, אזוי ווייט אז ער פלעגט אים רופן מיט א 'ר'', רבי נתן, און רבי נתן פלעגט אים זאגן: "טאטע, רוף מיר נישט 'ר'", האט ער אים געזאגט: "פון דיר האב איך דאס מערסטע נחת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - וואס טוט מען אז די ווייב וויל עסן פסח אלעס פון געשעפט?
שלום בית, סיפורי צדיקים, שמחה, פסח, חומרות, מוהרנ"ת ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו וואס זענען מיר זייער מחזק און געבן מיר דעם וועג אין לעבן.


ביי מיין שווער אינדערהיים איז איינגעפירט אז פסח עסט מען דארט אלעס וואס איז דא אין געשעפט וואס האט א הכשר אויף פסח. מיין ווייב איז צוגעוואוינט פון אלס קינד אז מען קען ממש אלעס עסן פסח, אבער איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואס מען האט יא אכטונג געגעבן נישט צו עסן אלעס, און פרובירט דאס מערסטע צו עסן נאר וואס מען האט אליין געמאכט אינדערהיים.


איך וויל זייער שטארק איינפירן ביי מיר אז מען זאל נישט עסן אלעס, עס זאל זיין גבולים וואס מיר עסן יא און וואס נישט אום פסח, אבער מיין ווייב איז בכלל נישט אינטערעסירט אין דעם, זי וויל נישט הערן פון דעם, אויב עס שטייט דערויף "כשר לפסח" איז עס גוט. ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת תזריע, ד' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער אריז"ל זאגט (הובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ מוּבְטָח שֶׁלֹא יֶחֱטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח, וועט א גאנץ יאר נישט זינדיגן; פרעגן אלע, ווי קען זיין אז מען עסט נישט קיין משהו חמץ אין פסח יעדער איינער איז געווארענט אין א משהו חמץ, און מען פאלט יא אראפ אין עבירות?


מוהרא"ש זאגט פשט, דער אריז"ל זאגט אז ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח 'און ער פרייט זיך און האט חיות פון דעם אז ער עסט נישט קיין חמץ' - אויף דעם זאגט דער אריז"ל אז דער מענטש וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות, די שמחה פון די מצוה וועט אים היטן.


בעט איך דיר זייער, דער עיקר זאלסטו אריינלייגן חומרות אין די נקודה, טו אלעס אין דער וועלט צו זיין פרייליך, זיי א מחמיר אין שמחה, גיי לחומרא, דאס מיינט אפילו על פי שכל קומט נישט יעצט צו זיין פרייליך - זאלסט מחמיר זיין און יא זיין פרייליך.


געב אכטונג אויף דיין שלום בית מער ווי אויף אלעס אין דער וועלט. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "שלום בית איז זייער זייער וויכטיג, נאר מיט שלום בית האט מען ריינע מוחין". רבי נתן האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קענען פארן צום רבי'ן, האבן אים חברים צוגערעדט ער זאל פארקויפן זיין ווייב'ס טיכל. דאס איז געווען ווערד אסאך געלט, עס האט געהאט אריינגענייט אין זיך שיינע טייערע שטיינער וכו', אזוי וועט ער האבן געלט צו פארן צום רבי'ן. אבער רבי נתן האט פארשטאנען אז אויב ער וועט דאס טון - וועט דאס ערגער מאכן די מצב אין שטוב און ער האט נישט צוגעהערט צו די חבירים. שפעטער פלעגט רבי נתן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט נישט געפאלגט די חבירים, ער האט נישט וויי געטון זיין ווייב; ער האט געזאגט: "וואלט איך ווען פארקויפט איר טיכל וואלט געווען נאכדעם א גט - וואלט איך נישט געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; ווייל דעם רבינ'ס ליכטיגקייט קען מען נאר מקבל זיין מיט א ריינעם מח, מיט א הייליגע מח, און דאס גייט נאר אז מען איז אן אדם השלם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - איך האב פארפאסט שבת שקלים, וואס טו איך יעצט?
התחזקות, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, יום כיפור, שבת שקלים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב מיך זייער שיין צוגעגרייט אויף שבת שקלים, מיט אלע שיינע ווערטער און תורות, אבער למעשה בין איך פארשלאפן, איך בין ארומגעלאפן צו שולן וואס דאווענען שפעט, יעדע שול וואו איך בין אריינגעקומען האט מען שוין געהאלטן ביי מוסף, און איך האב צום סוף נישט געהערט ליינען שקלים.


איך האב מיטגעזונגען "אור פניך", און נאכגעזאגט ביי די סעודה דער תורות פון שבת שקלים, ווי אזוי קען איך אבער נאך זוכה זיין אז משה רבינו זאל אויפהייבן מיין קאפ, אויב איך בין נישט געווען ביים ליינען שקלים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דא קומט אריין וואס רבי נתן האט געזאגט פאר איינער פון זיינע חברים וואס האבן געזאגט: "אויב איז מיין דאווענען אויף די זעלבע מדריגה פון נעכטן - וואלט איך מיך ארויפגעווארפן אויפן שארף פון שווערד"; יענער האט זיך בארומט אז יעדן טאג גייט אים דאס דאווענען מיט העכערע מדריגות, זאגט רבי נתן: "איך האב מקבל געווען פון רבי'ן אנדערש, איך האב מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן אז מען דאווענט נישט יום הקדוש - דאווענט מען אין גאט'ס נאמען" (א טאג נאך יום כיפור רופט מען 'גאט'ס נאמען'); דעם רבינ'ס לימוד איז, מען קוקט נישט אויף צוריק, מען דרייט זיך נישט אויס, מען קוקט אויף פאראויס, מען הויבט אן שטענדיג פונדאסניי.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה - וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי".


דער לייב איז דער קעניג פון די חיות ווייל דער לייב האט א נאטור אז ער דרייט זיך נישט אויס, ער קוקט נישט אויף צוריק, דער פוקס איז טאקע פול מיט חכמות, אבער אלץ קוקט דער פוקס אויף צוריק; אזא איינער קען נישט זיין קעניג, אז מען וויל מצליח זיין, סיי ברוחניות, סיי בגשמיות - טאר מען נשיט צוריק קוקן, מען דארף קוקן אויף פאראויס.


דער מלאך האט געזאגט פאר לוט: "קוק נישט צוריק", און ווען לוט'ס ווייב האט צוריק געקוקט איז זי געווארן א שטיק זאלץ, און אזוי זענען דא טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מענטשן עד היום הזה וואס זענען א שטיק זאלץ, א שטיק מרה שחורה - פון האלטן אין איין צוריק קוקן אויף וואס איז געווען.


נעם די עצה פון התבודדות, רעד צום אייבערשטן יעדן טאג אפאר מינוט אויף דיין אייגענע שפראך, ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער איז זיך מתבודד, ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער האט, און בעט אויף אלעס וואס ער דארף, און דערציילט דעם אייבערשטן אלעס וואס באדערט אים - אזא איינער לעבט אין גן עדן, אזא מענטש לעבט א חיים טובים.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבערגיין אויף מיר - וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - פארוואס האט איין קינד מער חן ביי מיר ווי אנדערע?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אזוי סאך שרייבן, און איך מיין אז טאקע צוליב דעם שרייב איך גארנישט, ווייל איך וויל שרייבן לאנגע בריוון און איך קום נישט אן, וועל איך אי"ה שרייבן קורץ.


איך בין א מלמד, און איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן איך זאל ליב האבן אלע קינדער אייניג, יעדער זאל האבן חן אין מיין אויגן, און איך זאל נישט מאכן א חילוק צווישן איין קינד און צווייטן, איך ווייס אז קיינער וועט מיר נישט קענען ענטפערן אויף מיין יעצטיגע שאלה דער איינציגסטער אויף די וועלט איז דער ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געהערט שארפע דרשות פאר מחנכים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז עס איז נישטא אזא זאך פון מאכן א חילוק צווישן איין קינד און אן אנדערן, פון א קינד מיט חן און א קינד אן חן, למעשה יעדעס יאר בלייב איך שטעקן מיט דעם זעלבן פראבלעם, א קינד וואס האט א שיין פנים, ער איז קלוג און געפיליש, הייבט מיין הארץ אן ציען צו אים, איך וויל שמועסן מיט אים, רעדן צו אים, אים געבן גוטע ווערטער.


איך שפיר זיך ווי א קליין קינד פון פיר יאר אלט, בשעת'ן שרייבן טראכט איך צו מיר ווי נאריש דאס איז, אבער איך דערמאן זיך צוריק ווי פאר אפאר שעה צוריק האב איך געגלעט אזא סארט אינגל.


וואס איז מיט דעם נושא, איז דאס א פראבלעם? אדער ווי לאנג איך געב זיך אפ מיט אלע קינדער, נאר מיט דעם קינד מער ווי אנדערע, און איך בא'עוול נישט קיינעם צוליב דעם קינד, איך מאך אים נישט אנדערש אין קלאס, נאר ביי ריסעס קען איך אים צורופן (ער קומט ממילא נעבן מיין טיש, ווייל ער איז געזונט אין נאטור ער וויל רעדן צו מיר) זאל איך עס לאזן לויפן אזוי ווי עס גייט ביז אהער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד און דו מאכסט נישט קיין אויסנאם, דו באגייסט זיך אייניג מיט אלע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז געווען א טרוקעניש און א פשוט'ער איד האט געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל גיין א רעגן, און זיינע תפילות זענען אנגענומען געווארן, האט אים רב געפרעגט: "וואס האסטו די זכי' אז דיינע תפילות ווערן אנגענומען?" זאגט ער: "מיקרי דרדקי אנא ומקרינא לבני עניי כבני עתירי", איך בין א מלמד און איך מאך נישט קיין חילוק צווישן קינדער פון רייכע עלטערן און קינדער פון ארעמע עלטערן, עיין שם; זעט מען דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד און נישט מאכן קיין חילוק צווישן די קינדער.


בנוגע די בא'חנ'טע קינדער וכו'; פארוואס זאגסטו ביסט א קינד פון פיר יאר? פארוואס קלאפסטו זיך אראפ? דו ביסט א גוטער מלמד, אז מען האט א געפיל פאר קינדער וואס האבן חן - איז מען נישט קיין קינד, דאס איז דער נאטור וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, חן קומט פונעם אייבערשטן, מען וויל ענדערש רעדן מיט א מענטש מיט חן ווי מיט איינער אָן חן.


קלאפ זיך נישט אראפ, מאך זיך נישט קליין, גיי אן מיט די מלומדות, אין הימל איז זייער חשוב א מלמד, אין הימל קוקט מען אנדערש אויף א מלמד ווי מען קוקט דא, אין הימל איז א מלמד די חשוב'סטע זאך, בפרט א מלמד וואס האט ליב די קינדער און לייגט אריין אין די קינדער אהבת השם יתברך.


לייג אריין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די תורה, א ליבשאפט צו מצוות; דורך זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים. עס איז באוויסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא", האט אים דער צאנזער רב געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט מוסר, צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - ווי אזוי בין איך מרמז פאר מיין מאן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן?
שלום בית, סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען, פירושים, משלי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די עצות און שכל וואס איך באקום פון די שיעורים, איך האב באקומען אזא גוטע לעבן דורכ'ן הערן די שיעורים, איך בין אזוי גליקליך אז איך האב זוכה געווען אנצוהויבן הערן  די שיעורים, עס געבט מיר א גן עדן לעבן, איך ווייס אז אלעס וואס איך דארף קען איך באקומען דורך תפלה, דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב עס מאכט זיך אז מיין מאן וויל מיר ווייזן עפעס אדער ער געבט מיר צו הערן עפעס, און איך וויל עס נישט הערן און זען, און איך באמת אויך נישט אז ער זאל עס הערן און זען, ווי אזוי זאל איך רעאגירן?


געווענליך ווען איך וויל אים דאס מרמז זיין, געב איך אים אזא קליינע ביטערע שמייכל, ווי צו זאגן אז עס באדערט מיך, איך וויל עס נישט, און געווענליך פארשטייט ער גלייך וואס איך וויל. איך וויל נאר וויסן אויב דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג, אדער זאל איך טון עפעס אנדערש ווען דאס פאסירט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איין זאך זאלט איר שטענדיג האלטן פאר אייערע אויגן, צו געבן דעם געפיל פאר אייער מאן אז איר האלט פון אים, ער זאל שפירן ווי איר שעצט אים, און חס ושלום אים געבן די געפיל אז איר זענט בעסער אדער מער פון אים.


זייט נישט פון די שלעכט פרומע פרויען וואס שטעלן א פנים ווי זיי זענען ערליך און מער פון זייער מאן; אויף די פרוי זאגט שלמה המלך (משלי כז, טו): "דֶּלֶף טוֹרֵד בְּיוֹם סַגְרִיר", ווען עס רעגנט אריין אין שטוב ווערן אלע אפגעמאטערט, אבער ווען עס רעגנט נישט - איז גוט, "וְאֵשֶׁת מִדְיָנִים", און א פרוי וואס קריגט זיך – "נִשְׁתָּוָה", איז שטענדיג שווער, נישטא קיין צייט וואס מען קען אפאטעמען, זי מאכט שטענדיג שפירן דעם מאן ווי ער איז גארנישט ווערד.


א פרוי מיט אביסל חכמה קען מאכן איר שטוב א גן עדן, נישט קיין חילוק מיט וועלכער מאן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת", עס איז געווען אן ערליכער איד וואס איז געווען חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, "וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָּנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ, 'אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם', עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיי האבן זיך גע'גט. "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת", דער ערליכער איד איז געגאנגען און האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי, "וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", און זי האט געמאכט אז איר מאן דער צדיק זאל אויך ווערן א רשע. "הָלְכָה זֹאת וְנִשֵּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, "וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - עס פלאקערט אין מיר דער יצר הרע, וואס טו איך?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, נסיונות, עבירות, משניות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין יעצט אין א קיאסק, און דער יצר הרע ברענט אין מיר אז איך זאל זוכן שמוץ, איך זוך און זוך, און איך זע זיך נישט ארויס פון דעם.


ס'איז דא א פילטער, אבער מיין מח איז אזוי שוואך אז איך זוך שוין אויף קליידער, איך וויל זיין גוט, איז נאך דא פאר מיך א וועג ארויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג אסאך משניות, דאס וועט דיר רייניגן דיינע מחשבות, און געב זייער אכטונג אויף דיינע אויגן און דיין מחשבה. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות, אז מען היט נישט די אויגן קומט מען צו טראכטן פון שלעכטס ביז מען פאלט אראפ און מען ווערט טמא, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע איז מצליח אראפ צו ווארפן דעם מענטש נאר אז מען היט נישט די אויגן; אז מען היט נישט די אויגן פאלט מען אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן, נאך זאגן די הייליגע חכמים (עיין במדבר רבה י, ב; תנחומא שלח, טו): "עֵינָא וְלִבָּא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַעֲבֵירָה", די אויגן און די הארץ זענען די סעילעסלייט (מעקלער) צו עבירות, "עַיִן רוֹאֶה", עס הייבט זיך אן אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, "וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", ביז מען פאלט אראפ, מען זינדיגט רחמנא לצלן; דערפאר דארף מען זייער שטארק אכטונג געבן אויף די אויגן, נישט צו קוקן קיין שום קוק וואס ברענגט צו טראכטן פון עבירות.


דו ווייסט אוודאי די מעשה וואס האט פאסירט אמאל ביים רבי'ן אין שטוב פאר פסח ווען מען האט איבערגעפארבט די דירה, און דעם רבינ'ס טאכטער די צדיקת אדל האט געהאלפן מסדר זיין די דירה און איבערדעקן די מעבל וכו' אז עס זאל נישט ווערן שמוציג. אויפן וואנט האט געהאנגען א טייערע זייגער, האט אדל גענומען א פרויען טיכל און איבערגעדעקט דערמיט דעם זייגער אז עס זאל נישט שמוציג ווערן, האט איר דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער די זייגער? דו ווייסט נישט אז עס זענען דא אזעלכע שוואכע מוחות, וואס ווען זיי זעען נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות?! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך".


איין עצה איז דא, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, עס פלאקערט אין מיר דער יצר הרע, עס פלאקערט אין מיר תאות ניאוף, ראטעווע מיך פון עבירות, היט מיך מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל האבן ריינע מחשבות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - וואס האט פאסירט מיט מיר? פארוואס לייג איך נישט קיין תפלין?
סיפורי צדיקים, דאווענען, מלמדים, סדר היום, תפלין, מנין, יראת שמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר ווי איך באגראב זיך פאר בושה, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אזא ירידה אין רוחניות ווי יעצט, איך דאווען נישט, און איך לייג נישט קיין תפלין, רחמנא ליצלן.


יעדער האלט מיך פאר א חשובער אינגערמאן, קיינער ווייסט אבער נישט אז איך לייג נישט קיין תפלין. איך בין א מלמד אין א תלמוד תורה, איך לייג אריין אין די קינדער אמונה און קדושה, אין די צייט וואס איך בין אזוי טיף אין דער ערד.


וואס מיינט דאס? וואס האט פאסירט מיט מיר? וואס גייט פאר מיט מיר? איך קען זיך נישט מוחל זיין אז דאס איז געשען צו מיר. ביז איך כאפ זיך אז איך האב נישט געלייגט היינט תפלין - איז שוין נאך די שקיעה; ביז איך באמערקט אז איך האב נאכנישט געדאווענט שחרית - איז שוין צייט צו דאווענען מעריב.


איך לויף אין חדר אן גארנישט, איך כאפ א מקוה און איך לויף אריין אין קלאס. איך פרוביר אפילו נישט אויפצושטיין פריער. איך ווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, פשוט עס אינטערעסירט מיר נישט קיין שחרית, מנין, תפלין, און קיין שום זאך.


איך וויין, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, וואלסטו געוויסט דאס גרויסקייט פון אנטון תפילין - וואלסטו אויפגעשפרינגען אינדערפרי אנטון די הייליגע תפילין. תפילין קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, תפילין היט דעם מענטש ער זאל נישט זינדיגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁא יֶחֱטָא", ווער עס גייט מיט תפילין וועט זיכער נישט צוקומען צו עבירות; ווייל ווען מען פרייט זיך מיט די תפילין - ווערט מען צוגעקלעבט צום אין סוף ברוך הוא.


הויב נישט אן דיין טאג מיט קיין שום זאך, דאס ערשטע זאך זאלסטו לויפן אין שול אנטון טלית ותפילין, טו אן די הייליגע תפילין של יד און די הייליגע תפילין של ראש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמות, רמז רכב): "אמרו ישראל לפני המקום אנו רוצים ליגע בתורה יומם ולילה אבל אין לנו פנאי", אידישע קינדער זאגן פארן אייבערשטן, 'וואס זאלן מיר טון? מיר ווילן אזוי שטארק לערנען תורה א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, אבער מיר האבן נישט קיין צייט, מיר דארפן ברענגען פרנסה', "אמר להם הקדוש ברוך הוא, קיימו מצות תפילין ומעלה אני עליכם כאילו אתם יגעים יומם ולילה", זאגט דער אייבערשטער: 'טוט אן די הייליגע תפילין, און איך וועל דאס רעכענען אזוי ווי איר לערנט פאר מיר א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט'.


מוהרא"ש דערציילט, אין טברי' האט געוואוינט דער הייליגער צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין ארץ ישראל, אין טברי' - האבן זיי זיך געטראפן. אמאל איז צוגעקומען צום צדיק אן אלטער מענטש, קרוב צו די ניינציג יאר, און זיך אויסגעקרעכצט: "רבי, עס איז מיר פארעקלט צו לעבן, איך וויל שוין שטארבן", האט דער צדיק רבי אברהם אים געזאגט: "די טיפש וואס דו ביסט, עס לוינט זיך דיר נישט דאס לעבן אז דו וועסט קענען נאך איין טאג אנטון די הייליגע תפילין?!"


בעט איך דיר זייער, הויב נישט אן דיין טאג איידער דו גייסט אין שול אנטון טלית ותפילין, און זיכער זאלסטו זיך נישט דערוואגן צו זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא - אן לייגן טלית ותפילין. קענסט זיין א מלמד נאר אז דו גייסט אין שול אינדערפרי דאווענען; אז דו ווילסט זיין א מלמד, עוסק זיין מיט נשמות ישראל - דארפסטו האבן יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - זאל מען נישט בעטן דעם אייבערשטן, אויב מען קען זיך אליין אן עצה געבן?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, צדיקים, נסים, השתדלות, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי שרייבט אין ספר המדות, (ערך צדיק, סימן ע"א) "אל תתפלל ואל תטריח את קונך, כל זמן שאתה יכול לעשות בפעולה", זאלסט נישט מתפלל זיין און מטריח זיין דעם אייבערשטן, ווי לאנג טו קענסט עפעס טון צו דעם. דער שטיקל איז מיר זייער שווער צו פארשטיין, וואס הייסט מען זאל נישט מתפלל זיין? וואס דען זאל איך טון? דער רבי לערנט אונז דאך אז עס איז נישטא א זאך אויף וואס תפלה זאל נישט העלפן.


אויסער דעם, דארף דען א מענטש כסדר מאכן דעם חשבון, 'יעצט קען איך עפעס טון, וועל איך יעצט נישט מתפלל זיין; און יעצט אז איך קען גארנישט טון דערצו, זאל איך יא בעטן דעם אייבערשטן', מען קען דאך נישט זאגן אזוי.


איינער האט מיר געוויזן אז מוהרא"ש ברענגט דעם שטיקל אין שו"ת ברסלב, אויף דעם וואס איינער פרעגט אן איבער א געוויסע מעדעצינישע באהאנדלונג, און מוהרא"ש ענטפערט אז מען זאל עס מאכן, און ער ברענגט צו דעם שטיקל ספר המדות אויף דעם. און עס איז מיר זייער שווער געווען, אפילו מען דארף טאקע מאכן די מעדעצינישע פראצעדור, קען מען דען נישט מתפלל זיין אויף דעם? אפילו עס וועט דארפן פאסירן א נס אז דער מענטש זאל געהיילט ווערן, איז דאך תפלה שטערקער פון אלעס.


אגב, האב איך זיך געוואונדערט פארוואס דער שטיקל איז אין ערך "צדיק", וואו קומט עס דארט אריין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי און אודאי דארף מען אויף יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות תפילה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים, הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל הֵן עַל דָּבָר קָטָן, תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך, סיי אויף א גרויסע זאך און סיי אויף א קליינע זאך - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.) אויפן פסוק (תהילים לב, ו): "עַל זֹאת יִתְפַּלֵּל כָּל חָסִיד אֵלֶיךָ לְעֵת מְצֹא", מען זאל בעטן אויף א שידוך, און מען זאל בעטן מען זאל מצליח זיין אין לערנען. אויך אויף מיתה; מען זאל שטארבן מיט א גרינגע מיתה, אויך אויף קומען צו קבורה, און אויך אויף בית הכסא; זעט מען אז מען דארף בעטן אויף גרויסע זאכן, ווי א שידוך און מצליח זיין אין תורה, מיתה און קבורה, און סיי אויף קליינע זאכן - ווי אויף בית הכסא.


אזוי אויך האט רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלג) ער האט אמאל געדארפט עפעס, האט אים דער רבי געזאגט: "בעט דעם אייבערשטן אויף דעם", און רבי נתן האט געטראכט צו זיך 'וואס הייסט, אויף דעם דארף מען אויך בעטן?' האט אים דער רבי פארגעהאלטן און געפרעגט: "עס פאסט דיר נישט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?" אויף יעדע זאך דארף מען בעטן דעם אייבערשטן.


אבער ווען עס קומט צו טוישן די טבע - דארף מען טון וואס מען קען, און נאר אז מען קען גארנישט טון - דעמאלט בעט מען אויף א נס. אזוי ווי מיר געפינען, די הייליגע חכמים דערציילן (עבודה זרה, יח) דער הייליגער רבי מאיר בעל הנס איז געגענגען ארויסכאפן זיין שוועגערין פון די רויבער וואס האבן איר געפאנגען. ער האט מיטגענומען א זעקל געלט צו געבן פאר די שומרים, כדי זיי צו משחד זיין זיי זאלן איר שטילערהייט באפרייען. ער האט געבעטן דעם שומר: "געב מיר אהער מיין שוועגערין", האט דער שומר געזאגט: "איך האב מורא מען וועט מיך פארהאלטן וואו זי איז", האט רבי מאיר אים געגעבן די זעקל געלט, אז אויב מען וועט אים פארהאלטן זאל ער זיי געבן געלט. האט דער שומר געפרעגט: "וואס וועל איך טון ווען די געלט וועט זיך ענדיגן?" האט רבי מאיר געזאגט: "זאלסטו זאגן 'אלקא דמאיר ענני' און דו וועסט זיך ראטעווען פון זיי".


זאגט דער מהרש"א, וואס האט אויסגעפעלט אז רבי מאיר זאל געבן געלט, ער האט דאך גלייך געקענט אויסלערנען די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני'?! נאר "כל כמה דהוה מצי לאצולי בממון", ווי לאנג ער האט זיך געקענט ראטעווען מיט געלט – "לא הוה בעי לאצולי על ידי נס", האט ער זיך נישט געוואלט ראטעווען מיט א נס, "באלקא דמאיר ענני", מיט די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני', נאר נאכן נישט האבן מער קיין געלט האט ער זיך באנוצט מיט א נס. אויף דעם זאגט דער רבי (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן סז): "כָּל זְמַן שֶׁתּוּכַל לְהִנָּצֵל עַל יְדֵי מָמוֹן, אַל תְּשַׁמֵּשׁ בִּתְפִלּוֹת", ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען דורך געלט - זאלסטו זיך נישט באנוצן מיט תפילות, דאס זעלבע זאגט דער רבי (שם אות ישועה, סימן ח): "אַל תִּסְמֹךְ עַל הַנֵּס, כָּל זְמַן שֶׁאֶפְשָׁר לְךָ לְהִנָּצֵל בְּמָמוֹן אוֹ בְּדָבָר אַחֵר", פארלאז זיך נישט אויף א נס ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען מיט געלט, און א דריטע מאל זאגט דער רבי (שם אות צדיק, סימן עא): "אַל תִּתְפַּלֵּל וְאַל תַּטְרִיחַ אֶת קוֹנְךָ, כָּל זְמַן שֶׁאַתָּה יָכוֹל לַעֲשׂוֹת בִּפְעֻלָּה", דאווען נישט און באמוטשע נישט דעם אייבערשטן ווילאנג דו האסט די מעגליכקייט צו טון עפעס זיך צו העלפן; דעריבער זאגט מוהרא"ש, 'וואס גייסטו נישט צום דאקטער אראפנעמען די האר', ווייל אז מען קען עס היינט טון גרינגערהייט - דארף מען טון און נישט בעטן אויף ניסים.


אויף די פראגע, וואס האט דאס מיט צדיק; ווער לערנט אונז אויס דאווענען? ווער לערנט אונז אויס מיר זאלן נישט אפלאזן די זאך פון תפילה? נאר דער צדיק; דאס איז דאך די גאנצע זאך פון צדיק, ער איז מחזק צוריק צו גיין נאכאמאל און נאכאמאל צום אייבערשטן, און ער לערנט אונז וואס צו בעטן און ווי אזוי צו בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - וואס זיך פארנעמען, אז מיין ווייב שמירט נישט די נעגל און שערט די האר?
שלום בית, צניעות, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שערן די האר, נעגל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער אז איך קען דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א די גוטע בשורה אז מיין ווייב האט מיך געזאגט אז זי האט אינגאנצן אויפגעהערט צו שמירן אירע נעגל, און בקרוב גייט זי זיך אפשערן די האר.


ש'כח ראש ישיבה שליט"א פאר די שכל וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, איך האב נישט גערעדט צו איר פון דעם, ווייל איך האב געזען אז ס'שטערט איר ווען איך רעד פון דעם, איך האב נאר געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן.


איך וויל פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיך געבן עפעס א גוטע זאך וואס איך קען מקבל זיין אויף מיך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם זיך פאר צו רופן דיינע עלטערן יעדן טאג, כיבוד אב ואם איז אזא גרויסע מצוה און היינטיגע טעג איז דאס אזוי גרינג צו מקיים זיין. מען קען זיצן אין שטוב באקוועם און רופן די עלטערן און זיי אזוי מחי' זיין, און מיט דעם טוט מען דאס נישט.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן פא) אז דער הייליגער רבי פלעגט פארן צו זיינע עלטערן קיין מעזיבוז מפעם לפעם, אפילו ער האט געוואוינט ווייט פון זיי; פון וואו דער רבי האט געוואוינט אין אוסיאטין ביז וואו זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין מעזיבוז - איז בערך דריי הונדערט פופציג קילאמעטער, דאס איז בערך צוויי הונדערט מייל, דאך פלעגט דער רבי פארן צו זיי; דעמאלט פארן איז נישט געווען ווי היינט מיט א קאר, מען איז געפארן מיט פערד און וואגן, עס איז געווען יענץ געשעפט, א שווערע ביטערע וועג, איז דאך ממש א פארשעמטע זאך נישט צו רופן די עלטערן יעדן טאג.


ווילסט א גוטע קבלה? נעם זיך פאר די קבלה, רופן דיינע עלטערן יעדן טאג. מוהרא"ש פלעגט יעדן טאג גלייך נאך שחרית רופן זיין טאטע; עס איז נישט קיין תירוץ אז מען האט נישט פון וואס צו רעדן, מען דארף נישט רעדן לאנג; מען פרעגט זיך נאך אויף זיי, מען אינטערעסירט זיך און מען דערציילט פון זיך, פון די משפחה און מען קויפט זיך איין עולם הבא.


געב נאר אכטונג נישט צו רעדן קיין שלעכטס און חס ושלום פון מחלוקת, עלטערן האבן נישט קיין כח צו הערן קרעכצן וכו'; יעצט איז די צייט וואס מען דארף זיי ברענגען נאר נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#40 - ווי אזוי האלט מען זיך אין שטוב צום שלחן ערוך, אן קיין איבריגע חומרות?
הלכה, סיפורי צדיקים, אידישע שטוב, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב באקומען די ריכטיגע הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א בעניני בינו לבינה, זיך צו פירן לויט ווי די הלכה וואס דער רמ"א פסק'נט אין שולחן ערוך, און ווי מוהרא"ש האט געלערנט האט נאכגעזאגט אז מען זאל זיך היטן פון כריתות, וואס טו איך אבער אז רוב היימישע מדריכים לחתנים וכלות לערנען אנדערש, ווען מיין ווייב פרעגט איר מדריכה איבער הדרכה אין א אידישע שטוב, וויל זי נאר איר איבערלאזן מיט שולד געפילן אז מען טוט די ערגסטע עבירות, אויב מען פירט זיך נישט אויף מיט די מדריגה פון מלאכי השרת. ווי אזוי קען מען אריינברענגען אין שטוב אז מיר זאלן זיך קענען פירן ווי פשוטע ערליכע אידן, לויט ווי עס שטייט אין שלחן ערוך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנטלויף פון פרישות, מען דארף נישט קיין פרישות; מען דארף נאר גיין אין די וועג פון די תורה, טון וואס שטייט אין שלחן ערוך.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט, א איד האט געפרעגט דעם חזון איש זכרונו לברכה וואס איז היינט דער אורים ותומים, ווי קען מען היינט וויסן יא אדער ניין; האט דער חזון איש געזאגט: "דער שלחן ערוך איז דער אורים ותומים, דער שלחן ערוך זאגט יא אדער ניין".


מען דארף נישט קיין חומרות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן שטענדיג אין ספיקות און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#39 - וואס טו איך אז די מאמע זאל נישט אראפפירן די קינדער פון אידישן וועג?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר מיין זון. איידער ער איז איינגעשלאפן האט ער געפרעגט אסאך מאל אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין עפעס געענטפערט, יעצט האט ער זיך אויפגעוועקט און מיר נאכאמאל געפרעגט אויב עס איז שוין געקומען א בריוו, און ער איז געווארן זייער איבערגענומען צו ליינען דעם בריוו, יישר כח.


איך בין זייער צעבראכן, וואס קען איך טון אז מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן? וואס קען איך טון אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן? איך שפיר ווי איך שלאג זיך מיט'ן שטן אליין, און דער שטן האלט ביים געווינען רחמנא ליצלן. די קינדער דערציילן אז זייער מאמע געבט זיי צו עסן חלב עכו"ם, פלייש פון די רבנות הראשית, און אזוי ווייטער. יעצט נעמט זי זיי צו אן אויסגעמישטע וואסער ברעג רחמנא ליצלן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מתפלל זיין פאר זיי, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי פרייליך, קינדער האבן ליב א פרייליכע טאטע, און ווען דו ביסט זיי מחנך, דו לערנסט זיי ווי אזוי זיך צו פירן - זאל דאס צוגיין מיט גרויס שמחה. אין דיין פאל איז דאס זייער וויכטיג, ווייל אז די מאמע וועט זיי אלעס געבן און דו וועסט זיין דער וואס זאגט אויף אלעס 'אסור' - וועלן זיי ענדערש וועלן גיין צו די מאמע ווי צו דיר, זיי וועלן שפירן ביי דיר איינגעצוימט, און אז זיי וועלן זען ביי דיר אן עכטע פרייד - וועלן זיי נאר צו דיר זיך קלעבן.


זיי מתפלל פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן און זיי זאלן חתונה האבן און עס זאל זיך ציען ערליכע דורות. תפילה איז שטערקער פון אלצדינג, מיט תפילה וועלן זיי אויסוואקסן גרויסע צדיקים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער, זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם. לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּךְ נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#38 - ווי אזוי האלט איך זיך איין פון שלאגן מיין קינד?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כעס, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווער צו שנעל אויפגערעגט פון מיין טאכטער, איך טייל פעטש, און דערנאך שפיר איך זיך אזוי שלעכט און איך וויין. זי דרייט מיר איבער טעלערס, און איך דארף עס אויפרייניגן, און איך ווער אויפגערעגט געב איך איר א פראסק. אדער ווען מען דארף ארויסגיין הייבט זי אן אויסצוטון די שיך בערך פינף מאל. פארוואס שלאג איך? איך קען זיך נישט מוחל זיין.


אויך זאג איך איר אויף אלעס ניין, וואס זי בעט איז ניין, וואס זי כאפט אן איז ניין, און איך האב געהערט דער ראש ישיבה שליט"א זאגן ביי א שיעור אז מען קען נישט זאגן נאר ניין, מען דארף עפעס געבן אנשטאט דעם. וואס דארף מען געבן אנשטאט?


איך וויל בעטן חיזוק אויף חינוך, מחנך צו זיין שיין, אן פעטש, נעבעך אויף מיין טאכטער וואס דרייט זיך ארום מיט צוויי רויטע באקן, און איך וויין ווייל איך האב חרטה.


נאך א זאך, אז איך וויל איר געבן נאר וואסער, און מיין מאן געבט איר זיסע טרינקען, און שפעטער וויל זי מער נישט וואסער. איך האב געבעטן מיין מאן ער זאל איר נישט געבן אבער ס'העלפט נישט, ער זאגט אז אויב ס'איז דא אויפ'ן טיש מעג זי האבן, ווייל זי האט עס שוין געזען, און איך זאג אז אפילו ס'איז דא אויפ'ן טיש דארף זי נישט האבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס דארפט איר וויסן, מען טאר נישט שלאגן קיין קינדער. צווייטנס, אז מען דארף מחנך זיין די קינדער און מען דארף אמאל געבן א פעטשעלע - איז דאס אויך נישט אויפן פנים, נאר אויף די הענט, און דריטנס, אויך נאר אויב עס איז נישט פון כעס; אויב מען איז בכעס טאר מען נישט געבן אפילו א קליינע פעטשעלע, ווייל ווען מען איז אויפגערעגט קען מען נישט מחנך זיין. חינוך איז נאר ווען מען איז רואיג און געלאסן, מען איז בעל הבית אויף זיך, און אויך קען דאס זיין א סכנה; מען טאר נישט אנרירן א קינד ווען מען איז אין כעס, מען קען שעדיגן חס ושלום דעם קינד.


כעס איז געפערליך, און כעס ביי א פרוי איז נאך ערגער; די גאנצע שטוב גייט צוגרונד. דער רבי זאגט (ספר המידות אות כעס, סימן טו): "כַּעַס שֶׁל אִשָּׁה, מַחֲרִיב אֶת הַבַּיִת", א פרוי וואס רעגט זיך - מאכט חרוב די גאנצע שטוב; די קינדער וואקסן אויף שוטים, דער רבי זאגט (שם, סימן כד): "עַל יְדֵי כַּעַס מוֹלִיד בָּנִים שׁוֹטִים", דורך געס געבוירט מען קינדער שוטים; כעס איז עבודה זרה.


אז אייער קינד דרייט איבער - איז דאס נישט קיין תירוץ אויף שלאגן, דער רבי האט אונז געזאגט נישט שלאגן קינדער. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג דערציילן פארן רבי'ן יעדע זאך בפרטי פרטיות פון זיין לעבן און פרעגן צי ער האט גוט געטון אדער נישט, אמאל האט רבי נתן דערציילט פארן רבי'ן: "מיין זון האט נישט געוואלט אריינקומען שבת ביי די סעדה צום טיש זיצן נעבן דעם גאסט וואס איך האב אהיים געברענגט, ווייל עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', האב איך אים געגעבן א פאטש אז ער זאל פאלגן און אריינקומען צו די סעודה", ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער אים געזאגט: "א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


בנוגע וכו'; אייער מאן איז גערעכט, אז עס איז דא זיסע געטראנקען אויפן טיש וואס די עלטערן טרינקען - קען מען נישט קנס'ענען די קינדער זיי זאלן טרינקען וואסער; אז מען וויל צוגעוואוינען די קינדער צו טרינקען געזונט - איז ריכטיג אז די עלטערן זאלן אויך טרינקען געזונט.


ביי די שבת ליכט איז א גוטע צייט צו בעטן פאר די הצלחה פון די קינדער. ווען איר צינדט אן די שבת ליכט - שטייט ביי די ליכט, לייגט ארויף די הענט אויפן פנים און בעטס און וויינט צום אייבערשטן פאר אייערע קינדער, בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג, העלף מיר איך זאל זיי מחנך זיין מיט שמחה, איך זאל האבן כח צו זיי, איך זאל נישט ווערן בכעס און איך זאל זיי נישט שלאגן.


הייליגער באשעפער איך ווער אזוי שנעל אויפגערעגט, איך ווייס נישט וואס צו טון; איך פארליר זיך אויף די קינדער, איך בין איבערגעשטרענגט, איך האב נישט קיין כח, און נאכדעם שלאג איך זיי; העלף מיר איך זאל געדענקען אז שלאגן איז נישט חינוך, איך זאל זיי מחנך זיין אויף די ריכטיגע וועג און זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג".


אזוי זאלט איר בעטן און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, וועט איר זען גרויס נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#37 - ווען מיינע עלטערן קריגן זיך, ווי אזוי דארף איך רעאגירן?
התחזקות, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, רפואה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די ערשטע זאך וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך וויל בעטן חיזוק, מיין מאמע איז נעבעך קראנק מיט די ביטערע מחלה, און מיין טאטע רייכערט דראגס, זיי קריגן זיך ארום א גאנצן טאג, און עס איז מיר זייער שווער דאס צוצוקוקן. זיי כאפן נישט ווי ווייט עס שאדט פאר מיר, ווייל איך ווייז עס נישט ארויס, אבער זייער אסאך מאל ביינאכט וויין איך אין בעט, עס איז מיר זייער שווער. אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה וואס צו טון און ווי אזוי צו רעאגירן אין אזא צייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ליבער הארציגער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך. בעט דעם אייבערשטן אז דיין מאמע זאל זיין געזונט, תפילה איז שטערקער פון טבע, אפילו עס איז שוין נאכן גזירה - קען מען מיט תפילה אויס'פועל'ן א רפואה.


ביים רבי'ן האט פאסירט א מעשה, אמאל איז געקומען רבי שמעון דעם רבינ'ס תלמיד - צום רבי'ן, ער האט געוויינט צום רבי'ן: "מיין קינד איז קראנק, דער רבי זאל אנוואונטשן דאס קינד זאל זיין געזונט און שטארק"; דער רבי האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט. רבי שמעון האט פרובירט בעטן נאכאמאל: "דער רבי זאל וואונטשן אז דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה", אבער דער רבי האט זיך ווייטער נישט וויסנדיג געמאכט. רבי שמעון איז אהיים זייער צעבראכן, ער האט געזאגט פאר זיין ווייב: "דער רבי האט מיר נישט געוואלט וואונטשן, דער רבי האט מיר נישט געענטפערט".


רבי שמעון'ס ווייב איז זייער דערשראקן געווארן, זי האט נישט געוואלט טראכטן פון אויפגעבן, זי איז געווען א צדיקת. זי האט גענומען דעם תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן, זי האט געוויינט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיין קינד זאל זיין געזונט, העלף דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה", זי איז געבליבן א גאנצע נאכט נעבן דעם קינד, געוויינט צום אייבערשטן א גאנצע נאכט.


אינדערפרי איז רבי שמעון געגאנגען דאווענען מיטן רבינ'ס מנין, דער רבי זאגט אים מיט א שמייכל: ,ווען דו ביסט געקומען בעטן א ברכה פארן קינד האב איך געזען עס איז נגזר געווארן א גזירה אז דאס קינד מוז שטארבן, דעריבער האב איך גארנישט געזאגט, אבער יעצט זע איך אז די גזירה איז איבערגעדרייט געווארן, דיין ווייב האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט אז דאס קינד זאל זיין געזונט און זי האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט לאנגע געזונטע יארן פארן קינד".


בעט דעם אייבערשטן פאר דיין מאמע זי זאל זיין געזונט און שטארק, און זיי מכבד דיין טאטע; עס איז נישט דיין געשעפט וואס דיין טאטע טוט, דו זיי שטארק ביי דיר מיט די מצוה פון כיבוד אב ואם דו זאלסט זיך נישט קריגן, נאר ביידע מכבד זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.