שאלה אין קורצן ענין
#117 - ווי אזוי קען איך בעטן אויף עפעס וואס איך ווייס נישט אויב ס'איז גוט פאר מיר?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך נאכאמאל באדאנקען פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר און פאר כלל ישראל, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א האט זיך מיין לעבן ברוך ה' אינגאנצן געטוישט, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט די עצה פון הייליגן רבי'ן, צו בעטן אלעס דעם אייבערשטן, א גרויסן יישר כח.


איך וויל נאר פרעגן איין זאך, צומאל קען איך בעטן זייער אסאך אויף א געוויסע זאך, איך בעט און איך בעט נאכאמאל און נאכאמאל, ווי אזוי קען איך אבער וויסן אויב די זאך איז טאקע גוט פאר מיר? אפשר וועט מיר דער אייבערשטער עס טאקע געבן צום סוף, אבער די זאך איז למעשה נישט גוט פאר מיר?


לאמיר זאגן אז איך בעט אסאך אז איך וויל האבן א קאר, איך בעט פאר דעם גאר אסאך, אבער דער אייבערשטער ווייסט אז אויב וועל איך האבן א קאר וועט מען מיר עס צו'גנב'ענען, און דעריבער געבט מיר נישט נאך די תפלה, איך באקום נישט קיין קאר, אבער אזוי ווי איך בעט אזוי סאך, ווערט מיין תפלה יא געענטפערט צום סוף, און איך באקום די קאר, אבער פאקטיש איז דאס נישט גוט פאר מיר.


די זאך מאכט מיר אביסל צעמישט, ווי אזוי קען איך בעט אויף זאכן, אין די צייט וואס איך ווייס נישט אמת'דיג וואס איז גוט פאר מיר און וואס נישט?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס אליינס דארף מען אויך אויסשמועסן, ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א געוויסע זאך - שמועסט מען דאס אויך אויס: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן די זאך, און אויב דאס איז נישט גוט פאר מיר - זאל איך דאס נישט וועלן וכו'".


מוהרא"ש דערציילט, מען האט געהערט א ברסלב'ער חסיד זיך מתבודד זיין, ער בעט דעם אייבערשטן אז ער דארף גוטע ווארעמע שטיוול. עס איז געווען פאר ווינטער, און אין אוקריינא - ווער עס איז באקאנט - איז זייער זייער קאלט, דער ברסלב'ער חסיד האט נישט געהאט קיין שטיוול און אויך נישט געלט צו קויפן שטיוול, האט ער זיך מתבודד געווען, ער האט געבעטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן שטיוול, עס קומט יעצט א פראסטיגע ווינטער, איך דארף האבן שטיוול, און אויב רבונו של עולם עס איז נישט גוט פאר מיר צו האבן שטיוול - שיין אריין אין מיר אז איך זאל עס נישט דארפן, שיין אריין אין מיר איך זאל דאס נישט וועלן".


די מעלה פון התבודדות איז אז מען רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, מען שמועסט מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטן. דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט: "ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, איך בין געקומען צום רבי'ן און פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר וכו' וכו', האט מיר דער רבי געזאגט: 'נתן, קום אביסל שפאצירן', און אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט'".


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבערגיין אויף מיר, וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


וואויל איז דעם וואס שמועסט מיט'ן אייבערשטן און דערציילט אים אלעס, וועט ער זוכה זיין צו אלע מדריגות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#116 - וואס טוט מען ווען דער מאן ארבעט צופרי פאר'ן דאווענען?
שלום בית, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, פרנסה, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער אנטוישט פון מיין מאן, ער שטייט אויף שפעט, און עס אינטערעסירט אים נישט דאס דאווענען בכלל. ער שטייט אויף צען אזייגער, טרינקט קאווע מיט מזונות, דערנאך עפנט ער זיין קאמפיוטער צו קוקן וואס טוט זיך אין באנק, מאכט די חשבונות און רופט דעם און יענעם, און ערשט דערנאך, ווען מיין נשמה איז שוין ארויסגעפלויגן פון צער, גייט ער ערשט דאווענען.


אין מיינע עלטערנ'ס הויז פלעג איך אלץ זען פונקט א פארקערטע ביישפיל, מיין טאטע האט אונז אלץ געזאגט אז עס איז נישטא קיין ברכה אין זאכן וואס מען טוט פאר'ן דאווענען, ער האט קיינמאל נישט געעפנט א קאמפיוטער פאר'ן דאווענען.


עס איז מיר זייער שווער, איך האב מורא אז ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן וועלן זיי באקומען א שלעכטע ביישפיל ווי אזוי זיך אויפצופירן, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך נישט מצער זיין מיין מאן, איך וויל נישט זיין ווי זיין מאמע אים צו זאגן וואס ער האט צו טון, איך פרוביר אים מכבד צו זיין, אבער די זאך איז מיר זייער שווער, עס מאכט מיר זייער אנגעצויגן און טרויעריג. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, לאזט נישט אריין דעם סמ"ך מ"ם ביי אייך אין שטוב, לאזט אים נישט צעברעכן אייער שלום בית. דער סמ"ך מ"ם האט אסאך וועגן ווי אזוי אריינצוקומען אין א שטוב, ער קען זיך זייער גוט פארשטעלן מיט א פרומע קלייד, אלעס נאר צו צעברעכן די שטוב. אמאל קומט ער צום מאן ער זאל קוקן שלעכט אויף די ווייב, אז זי פירט זיך נישט אויף אזוי ווי מען דארף, און אמאל קומט ער צו די ווייב זי זאל קוקן שלעכט אויפ'ן מאן; אלעס איז מיט'ן ציל צו צעברעכן די שטוב.


איך בעט אייך לאזט אפ, זוכט נישט קיין שלעכטס אין אייער מאן; לאזט אים לעבן. זוכט גוטס, זוכט מעלות; ווי מער מעלות איר וועט טרעפן אין אים - וועט איר זען ווי ער וועט ווערן מער און מער שענער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) ווען מען זוכט גוטס אין יענעם, פלוצלונג ווערט יענער איין שטיק גוטס.


דאס וואס אייער טאטע פלעגט זאגן אז עס איז נישטא קיין ברכה אין זאכן וואס מען טוט פאר'ן דאווענען - איז וואר, אבער נאך ערגער איז ווען די ווייב קוקט שלעכט אויף איר מאן; אז מען קוקט שלעכט אויפ'ן מאן און ער ווערט בעצבות - איז נישטא קיין ברכה אין גארנישט, קוקן שלעכט אויפ'ן מאן איז די ערגסטע זאך.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה ווי אזוי צו לעבן בזה העולם א חיים טובים: "התבודדות ותפילה"; א מענטש זאל רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי ער רעדט צו א גוטער פריינט, מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אים דערציילן די גאנצע הארץ. טוט די עצה, דערציילט פאר'ן אייבערשטן וואס שטערט אייך, און בעטס דעם אייבערשטן סיי עס זאל אייך נישט שטערן די זאכן, און בעטס דעם אייבערשטן אז אייער מאן און אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער. דער הייליגער חפץ חיים האט גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#115 - זאל איך קומען אין די ברסלב'ע ישיבה, צו באקומען מיין שידוך?
אומאן, שידוכים, שלום בית, סיפורי צדיקים, מוהרא"ש, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ענגלאנד און איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל קומען לערנען ביים ראש ישיבה שליט"א אין ישיבה תפארת התורה, ווייל איך האב געהערט אמאל פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען מען קומט לערנען אין רבינ'ס ישיבה, טרעפט מען דעם שידוך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה, און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן; אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיט'ן באשעפער.


מען קען נישט זאגן: 'גיי דא וועסטו האבן דיין שידוך', 'קום דא וועסטו האבן דיין שידוך'; פון מיר האסטו נישט געהערט אזוינס אז מען דארף קומען ביי אונזער ישיבה פאר א שידוך, פון מיר האסטו געהערט אז קומען אין ישיבה וועט נישט שאטן פאר די שידוך. זייער אסאך בחורים ווילן קומען לערנען ביים רבי'ן און די עלטערן האבן מורא עס וועט זיי שאטן פאר א שידוך, פאר זיי זאג איך זיי זאלן נישט מורא האבן צו קומען אין ישיבה, דאס וועט נאר שנעלער מאכן די שידוך, אבער נישט אז מען דארף קומען לערנען דא, און נאר אזוי וועט זיין א שידוך; אזוינס קען מען נישט זאגן.


די וואס האבן מורא צו גיין קיין אומאן וועגן א שידוך, אדער זיי האבן מורא זיך צו דרייען צווישן ברסלב'ער חסידים און אפגערעדט צו קומען לערנען אין ברסלב - די דארפן זיך נישט זארגן, ווייל פון טון גוטע זאכן, הייליגע זאכן - פארלירט מען גארנישט.


מוהרא"ש האט מיט יארן צוריק געזאגט: "עס וועט קומען א צייט וואס מיידלעך וועלן נאר וועלן בחורים וואס זענען מקורב צום רבי'ן"; געווען איז דאס די צווייטע יאר וואס מיר האבן געעפנט די ישיבה, שנת תש"ע, דעמאלט איז געווען גרויסע מלחמות קעגן די ישיבה, מען האט געזוכט ווי אזוי מען קען פארמאכן די ישיבה, מען האט געמאכט א שלעכטע נאמען אויף אונז; עס איז געקומען צו א מצב אז עס איז נישט געגאנגען קיין שידוכים, עס זענען געווען אין ישיבה אסאך בחורים, און עס האט זיך נישט גערוקט קיין שידוכים, מען האט אפגעזאגט אלעס צוליב די שלעכטע נאמען אויף די ישיבה.


מיר זענען געגאנגען צו מוהרא"ש פרעגן וואס צו טון, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "שרייב אפ די ווערטער וואס איך זאג דיר, עס וועט קומען א צייט אז מיידלעך וועלן נאר וועלן א שידוך טון מיט בחורים פון די ישיבה", דעמאלט ווען מוהרא"ש האט דאס געזאגט האבן מיר דאס נישט געקענט גלייבן, אזא זאך איז נישט אריין אין קאפ, מיר האבן דאס אפגעשריבן; יעצט זעען מיר אז די ווערטער זענען מקוים געווארן, עס איז דא אזויפיל וואס ווארטן צו באקומען א בחור א תלמיד היכל הקודש.


עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס מען וויל דוקא זיך משדך זיין מיט תלמידי היכל הקודש, ווייל ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד, ביים רבי'ן האט מען נישט געקענט זיין אויב מען האט זיך געקריגט אין שטוב, דער רבי האט נישט געוואלט זיצן ביים טיש מיט אזא איינעם וואס קריגט זיך אין שטוב מיט די ווייב. די גאנצע ענין פון שלום בית, פון רעדן שיין אין שטוב, מכבד זיין די ווייב - געפונט מען נאר אין רבינ'ס ספרים, דעריבער ווילן מענטשן זיך משדך זיין מיט א ברסלב'ער בחור, מען וויל זען נחת ביי די קינדער.


לערן, דאווען און פיר זיך מיט גוטע מידות - וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#114 - ווי אזוי קען איך זיין א גוטע מאמע?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, סבלנות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער דאנקבאר פאר אלע דרשות און חיזוק וואס מיר באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ווייס אז איך מיט מיין מאן וואלטן קיינמאל נישט אנקומען צו וואו מיר האלטן יעצט, ווען נישט די געוואלדיגע דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


עס איז דא איין זאך וואס גייט מיר זייער שווער, דאס איז צו מחנך די קינדער. איך האב ברוך ה' ליכטיגע קלוגע געזונטע קינדער, אבער איך פיל זייער שלעכט פאר זיי, ווייל איך און מיין מאן שרייען אסאך אויף זיי, און צומאל געבן מיר זיי אויך פעטש. מיינע קינדער פאלגן נישט! זיי פאלגן נישט מיר און נישט מיין מאן! זיי קריגן זיך, פארגינען נישט, און הרג'ענען זיך א גאנצן טאג.


וויפיל איך פרוביר צו זיין א גוטע מאמע, קען איך אבער נישט אויסהאלטן, און ביים סוף שריי איך אויף זיי, און איך פיר זיך נישט צו די קינדער ווי עס דארף צו זיין.


עס טוט מיר זייער וויי, און איך וואלט זייער געוואלט גיין צו "חינוך קלאסן", זיך אויסצולערנען ווי אזוי מען איז מחנך קינדער, אבער מיין מאן וויל נישט איך זאל גיין, ווייל דער ראש ישיבה רעדט קעגן דעם.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר העלפן און מיר געבן דעם ריכטיגן וועג אין חינוך, אז איך און מיין מאן זאלן קענען זיין בעסערע עלטערן, נישט שרייען און שלאגן די קינדער ווען זיי רעגן אונז אויף מיט זייער אויפפירונג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן איז גערעכט, איר וועט גארנישט באקומען ביי די פלעצער.


שרייען אויף קינדער איז נישט קיין עצה, און שלאגן איז זיכער נישט קיין עצה. שלאגן העלפט נישט; שלאגן איז א וועג זיך אויסצוגעבן די נערווען. שרייען איז א פוילע וועג, סבלנות איז די וועג; מיט קינדער דארף מען האבן אייזערנע נערווען, נאכמאל זאגן און נאכאמאל זאגן, נישט ווערן אויפגערעגט ווען מען פאלגט נישט.


חינוך הבנים והבנות איז א שווערע ארבעט, אבער עס לוינט זיך די ארבעט, עס לוינט צו האבן סבלנות פאר קינדער; ביים סוף שניידט מען שיינע פירות.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן געדולד, נישט ווערן פארלוירן ווען די קינדער פאלגן נישט. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער, ווי אזוי מען מאכט אז קינדער זאלן פאלגן - אזוי וועט איר מצליח זיין מיט זיי. איר וועט נישט דארפן שרייען און שלאגן, ווייל דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן איז די סוד פון הצלחה, נישטא קיין אנדערע עצה נישטא קיין אנדערע טריק מיט קינדער - נאר בעטן און בעטן דעם אייבערשטן.


איר ווייסט די מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק אן אלטע תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז די תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#113 - ווי אזוי מאך איך פרייליך אין שטוב, ווען מיין ווייב איז אלץ אנגעצויגן און נערוועז?
שלום בית, סיפורי צדיקים, צרות, אידישע שטוב, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס געהערט ביי די שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מען דארף זען עס זאל אלץ זיין פרייליך אין שטוב; וואס קען איך אבער טון אז מיין ווייב איז זייער אן אנגעצויגענע פרוי, זי שרייעט א גאנצן טאג ווי א טערקלטויב, וואס איך האב נאר פרובירט איר צו העלפן און צו מאכן פרייליך העלפט עס א בוידעם, די שטוב בלייבט אלץ אנגעצויגן.


אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דער מאן דארף ארבעטן אויף דעם אז די ווייב זאל אים ארויפקוקן. מיינע ווייב'ס געשוויסטער האבן אבער א שלעכטע געוואוינהייט חוזק צו מאכן פון זייערע מענער, זיי ווייזן איינער פאר'ן צווייטן ווי אזוי מען קען דערנידערן דעם מאן, און מיין ווייב וויל נישט בלייבן אונטערשטעליג. ווען מיין ווייב רעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט אירע שוועסטערס, וועט זי אינמיטן אלץ עפעס רעדן שטרענג צו מיר, מיך הייסן עפעס טון, אז אירע שוועסטער זאלן זען ווי אזוי זי קען רעדן צו מיר, און דאס קוקן זיי ארויף.


אויך האלטן זיי אז זייער משפחה איז די חשובסטע און קלוגסטע משפחה אויף דער וועלט, און יעדער אנדערש איז משוגע.


ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גרינג אויסצולערנען אין איין בריוו שלום בית ווען דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז ער וואלט ווען געדארפט שרייבן אויף שלום בית נאך א גאנצע סעט לקוטי הלכות; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו שרייבן אפאר ווערטער וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש.


קודם כל, איך ווייס נישט אויב דו ביסט יא אזוי ווי עס דארף צו זיין; דו לייגסט אראפ אינעם בריוו ווי זי איז די שלעכטע און דו ביסט דער גוטער, איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז שלום בית איז תלוי אינעם מאן; דער מאן קען דערגיין און ער דארף אויסטרעפן פארוואס זי שרייט, וואס עס טוט איר וויי און וואס עס שטערט איר אין לעבן.


בדרך כלל דארף א פרוי מען זאל איר געבן יחס וכו', מען זאל איר געבן אנערקענונג; דער מאן דארף איר דאס געבן. עס איז זייער גרינג צו שרייבן אז זי שרייט, זי קוויטשעט וכו' וכו' - די לשונות וואס דו שרייבסט, טערקלטויב וכו' - אבער יעדע זאך האט א סיבה; א פרוי שרייט נישט סתם אזוי, עפעס פעלט איר אין לעבן. איך וויל וויסן אויב דו פאלגסט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב) אז פרויען דארפן כבוד, זיי זענען זייער מקפיד אויף דעם; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) מען דארף זייער מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער, ווייל זי ליידט שווערע פיין פון ווארטן, געבוירן און אויפציען די קינדער וכו'.


אז דו וועסט אכטונג געבן אויף איר, דו וועסט איר נישט גיין אויף די נערווען וכו', דו וועסט איר נישט טשעפען און איר דערנידערן - וועסטו זען ווי זי וועט ווערן גוט צו דיר, זי וועט זיך פירן שיין צו דיר. אז דו וועסט איר געבן געלט, דו וועסט איר קויפן קליידער, שיך וכו'; דו וועסט איר העלפן אין שטוב - וועסטו זען אז זי איז נישט אזוי שלעכט, זי וועט ווערן גוט צו דיר; דאס אלעס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


און אז דו וועסט מיר זאגן דו האסט אלעס פרובירט, אלעס געטון - און זי איז נאכאלץ שלעכט צו דיר - זאלסטו געדענקען וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין מא:): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אִשָּׁה רָעָה אֵינוֹ רוֹאֶה פְּנֵי גֵּיהִנּוֹם", ווער עס האט א שלעכטע פרוי וועט נישט אנקומען אין גיהנום, די גמרא פרעגט: "לְמַאי נַפְקָא מִינָהּ?" וואס איז דאס אונז נוגע אויף למעשה? "לְקַבּוּלֵי מֵאַהֲבָה", מען זאל דאס אננעמען מיט ליבשאפט. ביי די אנדערע זאכן וואס די גמרא רעכנט דארט אויס זאגט די גמרא: "לְמִבָּעֵי רַחֲמֵי", מען זאל בעטן דעם אייבערשטן, פארוואס דא זאגט די גמרא: "לְקַבּוּלֵי מֵאַהֲבָה", מען זאל דאס אננעמען באהבה? זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צ): "אִם תִּהְיֶה אִשָּׁה רָעָה אַל יִבְגֹּד בָּהּ וְלֹא יְגָרְשֶׁנָּה, כִּי עַל יָדָהּ אֵינוֹ רוֹאֶה פְּנֵי גֵּיהִנֹּם", נעם דאס אן באהבה ווייל דאס וועט דיך ראטעווען פון גיהנום; דאס איז דעם רבינ'ס וועג ווען מען האט א פרוי א כעסנית.


דאס איז דעת מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, מען זאל זיין אין שטוב אן עניו, שפל וסבלן; פרובירן מיט אלע וועגן געבן גוטע ווערטער, און געדענקען אז דאס וועט ראטעווען פון גיהנום. אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז דערציילט, איינמאל האט דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו איינגעדרימלט און גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאָר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש פון די גאנצע וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.


ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן די שכל, דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט דיין ווייב.

#112 - וואס האט דער רבי דערציילט "אזוי פירט דער אייבערשטער די וועלט"?
התחזקות, סיפורי צדיקים, אמונה, צרות, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואו איך קען טרעפן די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, וואס די סוף פון די מעשה זעט אויס אז ס'ענדיגט זיך נישט גוט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט "אזוי פירט דער אייבערשטער זיין וועלט", וואס איז געווען די מעשה, און וואו קען איך זען די מעשה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די מעשה ווערט געברענגט אין שיחות מוהרא"ש חלק א אות אמונה, די ערשטע שטיקל אין שיחות מוהרא"ש. דארט איז פארשריבן די מעשה אזוי ווי מוהרא"ש האט עס דערציילט; דא האסטו די מעשה פונקטליך אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס מקבל געווען:


דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט דֶערְצֵיילְט פַאר אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ אַז עֶס אִיז אַמָאל גֶעוֶוען אַ אִיד מִיט אַ שֵׁיינֶע גְרוֹיסֶע מִשְׁפָּחָה מִיט קִינְדֶער, עֶר הָאט זִיךְ אָבֶּער זֵייעֶר גֶעמוּטְשֶׁעט אוֹיף פַּרְנָסָה, עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער אָרֶעמַאן, עֶר פְלֶעגְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פוּנֶעם פָּרִיץ יֶעדֶעס יָאר, אָבֶּער דִי קְרֶעטְשְׁמֶע הָאט קוֹים אַרַיינְגֶעבְּרֶענְגְט עֶפֶּעס גֶעלְט, עֶס הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעקְלֶעקְט אוֹיף זַיינֶע טָאג טֶעגְלִיךְ הוֹצָאוֹת, אוּן זִיכֶער אִיז נִישְׁט אַרַיינְגֶעקוּמֶען גֶענוּג צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ דִי רַאטֶע, עֶר פְלֶעגְט דַארְפְן בָּארְגְן גֶעלְט צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ.


יֶעדֶעס יָאר וֶוען עֶס אִיז גֶעקוּמֶען דִי צַייט צוּ צָאלְן דִי יֶערְלִיכֶע רַאטֶע, הָאט דֶער פָּרִיץ עֶס נִישְׁט גֶעוָואלְט נָאכְאַמָאל פַארְדִינְגֶען פַאר אִים, וַוייל עֶר הָאט דָאךְ נִישְׁט גֶעהַאט צוּ צָאלְן גֶעהֶערִיג, דֶער פָּרִיץ הָאט גֶעוָואלְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן וָואס זָאל אִיבֶּערְנֶעמֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, אָבֶּער אִידִישֶׁע קִינְדֶער הָאבְּן רַחֲמָנוּת גֶעהַאט אוֹיף דֶעם אָרֶעמַאן, קֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, וִויסְנְדִיג אַז דָאס לֶעבְּן פוּן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט זַיינֶע קִינְדֶער אִיז אָנְגֶעוָואנְדְן אִין דֶעם, אוּן אַזוֹי וִוי דֶער פָּרִיץ הָאט נִישְׁט גֶעקֶענְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן, הָאט עֶר עֶס וִוידֶער גֶעדַארְפְט פַארְדִינְגֶען פַאר דֶעם אָרֶעמַאן פַאר נָאךְ אַ יָאר.


אֵיין יָאר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען דָארְט אַ שְׁלֶעכְטֶער מֶענְטְשׁ, אַ גְרוֹיסֶער רָשָׁע אוּן גְּבַר אַלִּים, אוּן עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען צוּם פָּרִיץ אוּן גֶעזָאגְט אַז עֶר אִיז גְרֵייט צוּ צָאלְן פַאר דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פִיל מֶער גֶעלְט פוּן דֶעם אָרֶעמַאן, אוּן דֶער פָּרִיץ הָאט זִיךְ זֵייעֶר גֶעפְרֵיידְט אוּן הָאט טַאקֶע פַארְדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פַאר יֶענֶעם.


דִי אָרְטִיגֶע אִידְן הָאבְּן זִיךְ גֶעבֶּעטְן בַּיי דֶעם מֶענְטְשׁ עֶר זָאל נִישְׁט דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת, וִוי אַזוֹי קֶען עֶר זַיין אַזוֹי אַכְזָרִיוּת'דִיג קֶעגְן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט אַ שְׁטוּבּ מִיט קִינְדֶער, אוּן יֶענֶער מֶענְטְשׁ הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעהַאט קַיין קִינְדֶער, זֵיי הָאבְּן פְּרוּבִּירְט מִיט אַלֶע כּוֹחוֹת אִים צוּרִיקְצוּהַאלְטְן פוּן צוּ טוּן דֶעם רִשְׁעוּת'דִיגְן אַקְט, עֶר הָאט אָבֶּער זִיךְ נִישְׁט צוּגֶעהֶערְט צוּ קֵיינֶעם, אוּן יָא אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע.


דֶער פָּרִיץ הָאט אַרוֹיסְגֶעוָוארְפְן דֶעם אָרֶעמַאן אוֹיפְ'ן גַאס, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט קַיין הוֹיז וואוּ צוּ וואוֹינֶען, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט וָואס צוּ עֶסְן, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט מִיט וָואס צוּ פִיטֶערְן זַיינֶע קִינְדֶער, אוּן עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער רַחֲמָנוּת.


פַאר דֶעם רָשָׁע וָואס הָאט אוֹיסְגֶעכַאפְּט דֶעם אָרֶעמַאן, הָאט דִי הַצְלָחָה אָנְגֶעהוֹיבְּן שַׁיינֶען, וִוי נָאר עֶר הָאט אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע אִיז עֶר זֵייעֶר רַייךְ גֶעוָוארְן, אוּן עֶר אִיז אוֹיךְ גֶעהָאלְפְן גֶעוָוארְן מִיט קִינְדֶער, אוּן פַאר מֶענְטְשְׁן אִיז דָאס גֶעוֶוען זֵייעֶר מָאדְנֶע, פַארְוָואס זָאל דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער גֶעבְּן פַאר דֶעם רָשָׁע אַזַא גְרוֹיסֶע הַצְלָחָה?


אוּן דֶער רֶבִּי הָאט אוֹיסְגֶעפִירְט דִי מַעֲשֶׂה, "אַזוֹי פִירְט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער דִי וֶועלְט".


מִיט דִי מַעֲשֶׂה הָאט דֶער רֶבִּי גֶעוָואלְט אַיינְבַּאקְן בַּיי אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין קַשְׁיוּת אוֹיפְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אֲפִילוּ מְ'זֶעט וִוי אַ רָשָׁע אִיז גָאר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ, מֶענְטְשְׁן טוּעֶן שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת פַאר אַנְדֶערֶע אוּן מְ'זֶעט נִישְׁט זֵיי זָאלְן בַּאשְׁטְרָאפְט וֶוערְן אוֹיף דֶעם, פַארְקֶערְט, עֶס גֵייט זֵיי נָאר בֶּעסֶער אוּן בֶּעסֶער, טָאר אָבֶּער וֶוערְן אָפְּגֶעשְׁוַואכְט דִי אֱמוּנָה אֲפִילוּ מִיט אַ הָאר, מִיר דַארְפְן זִיךְ שְׁטַארְקְן אַז אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן גָארְנִישְׁט, אִיז אָבֶּער דֶער אֱמֶת אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט פּוּנְקְטְלִיךְ וָואס עֶר הָאט צוּ טוּן, אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶע חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן עֶס נִישְׁט.


דוּרְךְ אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה, גְלֵייבְּן אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט אַלֶעס, עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, קַיין שׁוּם זַאךְ פַּאסִירְט נִישְׁט פוּן זִיךְ אַלֵיין, אַלֶעס הָאט גֶענוֹיעֶם גוּטְן חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ וֶוען פַאר אוּנְזֶערֶע אוֹיגְן זֶעט עֶס אוֹיס מָאדְנֶע, אָבֶּער אַז מְ'לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה קֶען מֶען זוֹכֶה זַיין צוּצוּקוּמֶען צוּ גָאר גְרוֹיסֶע מַדְרֵיגוֹת, צוּ אַ בְּחִינָה פוּן רָצוֹן, רַעֲוָא דְרַעֲוִין, אוּן זוֹכֶה זַיין מַשִׂיג צוּ זַיין פַארְוָואס עֶס זֶענֶען דָא צַדִיקִים וָואס גֵייט זֵיי שְׁלֶעכְט, אוּן פַאר רְשָׁעִים גֵייט גָאר גוּט (עַיֵין לִקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ה').


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#111 - פארוואס צאלט מען אזוי ווייניג פאר א מלמד?
סיפורי צדיקים, פרנסה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין א מלמד א שיינע פאר יאר, איך האב ברוך ה' א גרויסע משפחה מיט קינדער, אבער איך פארדין נישט גענוג צו דעקן דעם חודש, איך באקום ממש ווי מען באצאלט אויף די גאס פאר א ביליגע ארבעטער, פאר יעדע זאך פארשטייט מען אז מ'דארף צאלן נארמאל, אויסער פאר א מלמד וואס טוט די שווערסטע ארבעט צו זיצן אין א קלאס מיט לעבעדיגע קינדער א גאנצן טאג און אויסהאלטן יעדנ'ס שוועריקייטן.


איך פארשטיי אז די מוסד וואו איך בין איינגעשטעלט האט נישט קיין געלט צו באצאלן מער, אבער איך קען נישט פארשטיין ווען איך זע מענטשן צאלן נישט די שכר לימוד אדער דינגען זיך מיט פרייז, ווען אין די זעלבע צייט וועלן זיי איינקויפן וואס זיי דארפן פאר זייער באקוועמליכקייט און אויסגעבן געלט אויף זאכן וואס זענען נישט באמת וויכטיג, און נאר ווען עס קומט צו שכר לימוד, וואס איז די וויכטיגסטע זאך פאר א מענטש, זוכט מען צו שפארן.


אויך טוט מיר זייער וויי ווען איך הער אסאך מאל מענטשן זאגן אז א מלמד ווערט א מלמד ווייל ער טויג נישט אויף קיין שום אנדערע זאך, ווען דער אמת איז אז א מלמד איז סאך א שווערערע און אסאך מער קאמפליצירטע ארבעט פון רוב אנדערע זאכן, און צו זיין א גוטער מלמד פאדערט אסאך כח און מח מיט געדולד, און צום סוף פארשטייען אפילו נישט די עלטערן וואס דער מלמד טוט פאר זייער קינד, און פאר די קלענסטע זאך וואס זיי מיינען אז מ'האט נישט גוט געטון, וועט מען רופן אנשרייען און פארהאלטן, ווען ס'איז נישט מעגליך זיי מסביר צו זיין וואס איז פארגעגאנגען פונקטליך.


איך קען נוצן חיזוק אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען דאס גרויסקייט פון א גוטער מלמד, ווי גרויס זיינע זכותים זענען; אלע תורה און תפילה וואס די תלמידים גייען לערנען און דאווענען זייער גאנץ לעבן - גייט אויפ'ן זכות פונעם מלמד.


ליידער זענען מענטשן מזלזל אין מלמדים, מען שעצט נישט זייער ארבעט; דאס טוט זייער וויי, בפרט ווען מען ארבעט ביטער שווער מיט א קינד און אנשטאט צו באקומען איינערקענונג פון די עלטערן אויף די שווערע ארבעט - האט מען גאר טענות וכו'; דאס נעמט ארויס די כח פונעם מלמד.


איך בין אויך געווען א מלמד, איך פארשטיי דיר זייער גוט; מיט דעם בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן. געדענק, מען ארבעט פאר'ן אייבערשטן, מען ארבעט נישט פאר קיינעם אנדערש, און אויבן אין הימל ווערט אוועקגעלייגט די שווערע ארבעט און פלאג, עס איז אנגעגרייט א גרויסער שכר פאר מלמדים.


ווער נישט צעבראכן ווען דו הערסט רעדן אויף מלמדים, ליידער זענען דא אזעלכע וואס טארן נישט זיין קיין מלמד. מוהרא"ש דערציילט: "עֶס אִיז גֶעקוּמֶען אַמָאל אַ אִיד צוּ רֶבִּי מֵאִיר שְׁפִּירָא זַצַ"ל זִיךְ דוּרְכְרֶעדְן מִיט אִים, דֶער אִיד אִיז גֶעוֶוען אַ שׁוֹחֵט אוּן מֶען הָאט אִים אָפְּגֶעזָאגְט פוּן דִי שְׁחִיטָה, אוּן עֶר הָאט זִיךְ גֶעוָואלְט שׁוֹאֵל עֵצָה זַיין וֶועלְכֶע פַּרְנָסָה עֶר זָאל נֶעמֶען. רֶבִּי מֵאִיר הָאט אִים גֶעפְרֶעגְט וָואס עֶר טְרַאכְט צוּ טוּן, הָאט דֶער אִיד גֶעזָאגְט אַז עֶר הָאט גֶעקְלֶערְט אַז אַזוֹי וִוי עֶר הָאט נִישְׁט קַיין פַּרְנָסָה, זָאל עֶר וֶוערְן אַ מְלַמֵד. הָאט אִים רֶבִּי מֵאִיר גֶעזָאגְט: 'אַז דוּ הָאסְט נִישְׁט גֶעקֶענְט שֶׁחְטְ'ן אָקְסְן, צִיגְן אוּן הִינֶער, וֶועסְטוּ יֶעצְט גֵיין שֶׁחְטְ'ן קִינְדֶער?!'" ער האט אים געווארנט ער זאל זיך נישט דערווייגן צו זיין א מלמד.


מוהרא"ש זאגט: "מֶען זֶעט אַן אִינְטֶערֶעסַאנְטֶע זַאךְ, אִין יֶעדֶע פַּרְנָסָה וָואס אַ מֶענְטְשׁ וִויל זִיךְ אַרַיינְלָאזְן, דַארְף עֶר זִיךְ קוֹדֶם לֶערְנֶען דִי פַאךְ אוּן עֶרְשְׁט נָאכְדֶעם קֶען עֶר אָנְהוֹיבְּן צוּ אַרְבֶּעטְן מִיט דֶעם. עֶס זֶענֶען דָא פַאכְן וָואס מֶען קֶען זִיךְ גְרִינְגֶער לֶערְנֶען, אוּן עֶס זֶענֶען דָא וָואס זֶענֶען שְׁוֶוערֶער אוּן נֶעמֶען לֶענְגֶער זִיךְ צוּ לֶערְנֶען. צוּם בַּיישְׁפִּיל וֶוען אֵיינֶער וִויל וֶוערְן אַ דָאקְטֶער, דַארְף עֶר גֵיין לֶערְנֶען אוּן שְׁטוּדִירְן פַאר לַאנְגֶע יָארְן בִּיז וֶוען עֶר קֶען זִיךְ דֶערְלֶערְנֶען אוּן קֶענֶען גוּט דֶעם פַאךְ. אֲפִילוּ קְלֶענֶערֶע פַאכְן דַארְף מֶען זִיךְ אוֹיךְ לֶערְנֶען קוֹדֶם, אֵיינֶער וִויל אַרְבֶּעטְן מִיט עֶלֶעקְטְרִיק דַארְף עֶר זִיךְ דָאס אוֹיסְלֶערְנֶען קוֹדֶם, אוֹיבּ נִישְׁט וֶועט עֶר זִיךְ עֶלֶעקְטֶערֶעזִירְן חַס וְשָׁלוֹם; אֵיינֶער וִויל זַיין אַ פֶּעינְטֶער, אַ סְטָאלֶער, אָדֶער סֵיי וָואס, דַארְף עֶר קוֹדֶם וִויסְן אוֹיבּ עֶר טוֹיג דֶערְצוּ, עֶר דַארְף קֶענֶען דֶעם פַאךְ, עֶר דַארְף לִיבּ הָאבְּן דֶעם פַאךְ. אוּן פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז קֵיינֶער וֶועט נִישְׁט אוֹיפְנֶעמֶען אַ פַאכְמַאן צוּ טוּן פַאר אִים אַן אַרְבֶּעט אוֹיבּ יֶענֶער הָאט נִישְׁט קַיין אַנוּנְג וִוי אַזוֹי מֶען טוּט עֶס, אָבֶּער עֶס אִיז דָא אֵיין פַאךְ וָואס אִיז אַן אוֹיסְנַאם, דָאס אִיז וֶוען אֵיינֶער וִויל וֶוערְן אַ מְלַמֵד. עֶס זֶענֶען טַאקֶע דָא אַסַאךְ גוּטֶע מְלַמְדִים, עֶס אִיז אָבֶּער גֶעוָוארְן אַזוֹי אַיינְגֶעפִירְט אַז וֶוער עֶס הָאט נִישְׁט קַיין פַּרְנָסָה, עֶר אִיז אַ שְׁלִימַזָל אוּן טוֹיג צוּ גָארְנִישְׁט - דֶער וֶוערְט אַ מְלַמֵד. דָאס אִיז זֵייעֶר מָאדְנֶע, פַארְוָואס פּוּנְקְט בַּיי דֶעם פַאךְ קוּקְט מֶען גָארְנִישְׁט אוֹיף דֶעם מֶענְטְשׁ אֵיידֶער מֶען נֶעמְט אִים אוֹיף אַלְס מְלַמֵד צוּ זֶען אוֹיבּ עֶר טוֹיג טַאקֶע צוּ דֶעם פַאךְ אָדֶער נִישְׁט? שְׁטֶעלְט אַייךְ פָאר אַז אֵיינֶער הָאט נִישְׁט קַיין פַּרְנָסָה אוּן עֶר אִיז מַחְלִיט אַז אַזוֹי וִוי עֶר הָאט נִישְׁט וָואס צוּ טוּן וֶועט עֶר וֶוערְן אַ דָאקְטֶער... דָאס אִיז דָאךְ מַמָשׁ רְצִיחָה, עֶר וֶועט הַרְגְ'עֶנֶען מֶענְטְשְׁן רֶעכְטְס אוּן לִינְקְס רַחֲמָנָא לִיצְלָן".


פארשטייט זיך אז דאס מיינט מען נישט די גוטע מלמדים; אן ערליכער מלמד, א מלמד וואס געבט אכטונג אויף זיינע קינדער - דער איז זייער חשוב אויבן אין הימל. "חַזַ"ל זָאגְן (בָּבָא בַּתְרָא ח:) אוֹיפְ'ן פָּסוּק (דָנִיאֵל יב, ג'): 'וּמַצְדִיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד, אֵלוּ מְלַמְדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן' - דִי מְלַמְדִים וָואס לֶערְנֶען תּוֹרָה מִיט אִידִישֶׁע קִינְדֶער, זֵייעֶר שְׂכַר אִיז אַזוֹי פִיל אוּן אַזוֹי גְרוֹיס וִוי דִי שְׁטֶערְנְס אִין הִימְל. וֶוען מֶען קוּקְט אַרוֹיף אִין הִימְל זֶעט מֶען דִי גֶעוַואלְדִיגֶע נִפְלָאוֹת הַבּוֹרֵא, דִי גְרוֹיסְקֵייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וָואס הָאט בַּאשַׁאפְן אַזוֹיפִיל בִּילְיָאנֶען שְׁטֶערְן. אוּן דָאס וָואס מֶען זֶעט מִיט דִי אוֹיגְן אִיז נָאךְ גָארְנִישְׁט קֶעגְן דֶעם וָואס מֶען זֶעט קוּקְנְדִיג מִיט אַ סְפֶּעצִיעֶלֶע פַארְגְרֶעסֶערוּנְג גְלָאז [טֶעלֶעסְקָאוּפּ]. עֶס אִיז דָאךְ מַמָשׁ נִישְׁט מֶעגְלִיךְ צוּ צֵיילְן דִי פִילֶע בִּילְיָאנֶען שְׁטֶערְן וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן, אוּן עֶר הָאט זֵיי אַלֶע גֶעגֶעבְּן אַ נָאמֶען. זָאגְן חֲזַ"ל אַז אַזוֹי וִוי מֶען קֶען נִישְׁט צֵיילְן דִי שְׁטֶערְנְס אִין הִימְל, אַזוֹי קֶען מֶען נִישְׁט צֵיילְן אוּן אָפְּשַׁאצְן דִי גֶעוַואלְדִיגֶע שְׂכַר וָואס וַוארְט אָפּ פַאר אַ מְלַמֵד וָואס גֶעבְּט זִיךְ אָפּ מִיט קִינְדֶער וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין אוּן לֶערְנְט מִיט זֵיי תּוֹרָה".


דאס וואס דו קרעכצט אז דו האסט נישט קיין געלט; מיין נישט אז דער וואס ארבעט ערגעץ אנדערש - האט מער געלט פון דיר, יעדער מוטשעט זיך, יעדער וויינט; דער חילוק איז נאר, מיט וואס מוטשעט מען זיך? "אָנוּ עֲמֵלִים וְהֵם עֲמֵלִים; אָנוּ עֲמֵלִים וּמְקַבְּלִים שָׂכָר", מיר מוטשען זיך מיט טייערע אידישע נשמות, אידישע קינדער, דעם אייבערשטנ'ס קינדער; מיר בויען אויף דעם קומענדיגן דור פון כלל ישראל, "וְהֵם עֲמֵלִים וְאֵינָם מְקַבְּלִים שָׂכָר", און אנדערע מוטשען זיך און עס בלייבט גארנישט פון דעם.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#110 - ווי אזוי פארענטפערט מען די קשיות פון די קינדער?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, קשיות, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב איין זון וואס וואקלט זיך אביסל אין ערליכקייט, און ברוך ה' אז ס'איז דא נאך קינדער סיי יונגער און סיי עלטער פון אים. לעצטנס האט ער זיך געקויפט א נישט כשר'ע טעלעפאן, די אנדערע קינדער הויבן אן פרעגן וואס איז פשט פון דעם וואס ער האט דאס, און אויך רעדן זיי זיך אפ אז די קינדער פון זייער קלאס מאכן חוזק פון זיי אז זייער ברודער האט טריפה'נע זאכן; ווי אזוי ערקלער איך דאס פאר די קינדער אויף א קלוגע פארשטענדליכע וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט אלע פראגעס וואס קינדער פרעגן - דארף מען ענטפערן, ווען זיי פרעגן אזעלכע הייקעלע פראגעס דריידט מען זיך ארויס מיט חכמה.


קינדער זוכן אלץ די סארט תירוצים; פארוואס יענער מעג יא און איך טאר נישט? פארוואס דארף איך גיין שלאפן ווען א צווייטער איז נאך אויף? קינדער זוכן זיך שטענדיג ארויסצודרייען מיט די טענה פארוואס יענער מעג און מיר טארן נישט; די ריכטיגע וועג איז צו זאגן: "וואס קוקסט אויף א צווייטן? דו דארפסט טון וואס איז ריכטיג; וואס יענער טוט - האט גארנישט מיט דיר".


אז די קינדער קומען אהיים זאגן אז מען טשעפעט זיי אין חדר - דארפסטו רעדן מיט'ן מלמד און מיט'ן מנהל זיי זאלן מחנך זיין די קינדער, זיי אויסלערנען נישט צו טשעפען א צווייטן.


עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלעכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפולט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#109 - זאלן מיר מאכן מלוה מלכה אין בית המדרש?
סיפורי צדיקים, בית המדרש, הפצה, מלוה מלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א גבאי בית המדרש היכל הקודש, איך וויל פרעגן אויב ס'איז כדאי אין די ווינטער וואכן צו מאכן יעדע וואך א מלוה מלכה אין שול פאר די מתפללים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א גרויסע זאך צו מאכן מלוה מלכה. מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים אויפ'ן פסוק (בראשית כח, יב): "וְהִנֵּה סֻלָּם מֻצָּב אָרְצָה, וְרֹאשׁוֹ מַגִּיעַ הַשָּׁמָיְמָה", סל"ם איז ראשי תיבות: ס'עודת ל'וה מ'לכה. דאס איז אזוי גרויס, עס גייט ביזן הימל; דא איז עס מֻצָּב אָרְצָה, מען איז מזלזל זיין אין דעם, אבער אין הימל איז דאס זייער חשוב. נאך זאגט מוהרא"ש, דער נאמען פונעם סמ"ך מ"ם איז ס'עודת מ'לוה מלכה א'ין ל'עשות, דער סמ"ך מ"ם לייגט זיך אין די לענג און אין די ברייט מען זאל נישט עסן קיין מלוה מלכה, יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים, אבי נישט טון די הלכה מפורשת אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן ש): "לְעוֹלָם יְסַדֵּר אָדָם שֻׁלְחָנוֹ בְּמוֹצָאֵי שַׁבָּת כְּדֵי לְלַוּוֹת אֶת הַשַׁבָּת, אֲפִילוּ אֵינוֹ צָרִיךְ אֶלָּא לִכְּזַיִת".


דארפסט אבער אכטונג געבן מען זאל רעדן מעשיות פון צדיקים. מוהרא"ש זאגט, מעשיות פון הפצה איז מעשיות פון צדיקים; יעדעס מאל מען דערציילט מעשיות פון הפצה - ברענגט דאס א ריינע מח. דער רבי זאגט (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רלד): "עַל יְדֵי סִפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים נִטְהָר הַמֹּחַ מַחְשָׁבָה, וְזוֹכֶה לְמוֹחִין נְקִיִּים", דורך מעשיות פון צדיקים באקומט מען א ריינע מח און מען טראכט ריינע מחשבות; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות אות צדיק, סימן קנז): "עַל יְדֵי סִפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה זוֹכִים לְהִתְקָרֵב לָהֶם", אז מען לערנט מעשיות פון צדיקים איז מען זוכה צו ווערן נאנט צום צדיק; נאך זאגט דער רבי (שם אות בגדים, חלק ב', סימן א'): "עַל יְדֵי סִפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים מַמְשִׁיכִים אוֹר שֶׁל מָשִׁיחַ בָּעוֹלָם, וְדוֹחֶה הַרְבֶּה חוֹשֶׁךְ וְצָרוֹת מִן הָעוֹלָם, גַם זוֹכֶה לִבְגָדִים נָאִים", אז מען דערציילט מעשיות פון צדיקים איז מען זוכה צו ברענגען די ליכטיגקייט פון משיח אויף די וועלט און מען נעמט אוועק אסאך צרות פון די וועלט, אויך איז מען זוכה צו שיינע קליידער.


אז מען וועט מאכן א מלוה מלכה און מען וועט רעדן דיבורי תכלית, ספורי הפצה, דעמאלט איז כדאי צו מאכן מלוה מלכה אין בית המדרש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#108 - ווי אזוי קען מען זיך אויסארבעטן די מדה פון קנאה?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, מדות טובות, תכלית, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די הערליכע שיעורים וואס זענען ממש מחיה נפשות.


איך וויל פרעגן ווי אזוי מ'קען זיך אויסארבעטן די מדה פון קנאה; איך האב זיך קיינמאל געקענט אלס א מענטש וואס האט די שלעכטע מדה, איך בין א מענטש וואס פארגינט יעדן, און איז באמת פרייליך מיט יענעמ'ס הצלחה און גוטס, לעצטנס איז אבער דא ביי מיין ארבעט א אינגערמאן וואס האט מיר געמאכט אנערקענען אז איך האב יא די שלעכטע מידה.


ער איז מורא'דיג א מוצלח, און ס'זעט מיר אויס ווי ער האט אלעס אין זיין לעבן, וואס איך חלום אויף דעם, און איך ווייס אז איך וועל קיינמאל נישט קענען צוקומען צו דעם, און איין טאג האב איך זיך פשוט געכאפט אז איך בין אים מקנא.


דאס איז פאר מיר א טאפלטע שווערע געפיל, איינס אז איך האב די שווערע שלעכטע מידה, און אויך אז איך קען נישט פטור ווערן פון די געפיל אז איך בין אים מקנא. וואס קען איך טאן צו דעם? ווי אזוי ארבעט איך אויס די שלעכטע מידה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין פראבלעם איז נישט אזוי געפערליך, דו ווייסט כאטשיג אויף וואס דו ליידסט. רוב מענטשן האבן די פראבלעם פון קנאה, אבער דער צרה איז אז זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי האבן קנאה, זיי עסן זיך אויף פון אנדערע מענטשן אן דעם וואס זיי זאלן קענען קלאר ארויסזאגן: "איך לייד פון קנאה"; זיי מאכן מחלוקות, זיי בארעדן מענטשן, זיי טראכטן מען דארף דעם באגראבן און דעם אויסרייסן - אן דעם וואס זיי זאלן קענען זאגן די ווערטער וואס דו זאגסט: "איך לייד פון קנאה", "איך האב א צרה", "איך דארף הילף".


מוהרא"ש זאגט, אלע צרות און אלע פראבלעמען הייבט זיך אן מיט קנאה; מענטשן ווערן אויפגעגעסן פון קנאה. אלע מחלוקות צווישן משפחה, שכנים, חברים וכדומה - אלץ איז קנאה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט אז די וועלט פירט זיך מיט א בעל הבית. דאס וואס דער האט אזא ווייב און קינדער, געלט, א שיינע הויז, א שיינע קאר - איז מיט א חשבון פון הימל, עס האט גארנישט מיט'ן מענטש, און דאס וואס איך האב און וואס איך האב נישט - איז פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך קיין קנאה.


נאך אביסל וועלן מיר אלע צוריק גיין צום אייבערשטן, עס וועט אונז גארנישט נוצן. עס קומט א צייט וואס מען וועט אונז אלע צוריק לייגן פון וואו מיר זענען געקומען, מיר זענען באשאפן פון די ערד און דארט וועלן מיר צוריק גיין; דארט איז נישטא קיין קנאה, דארט איז יעדער פארנומען מיט זיך אליינס.


מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א חבד'סקער חסיד און משפיע רבי מענדל פוטערפאס זכרונו לברכה, די רוסן ימח שמם האבן אים פארשיקט קיין סיביר, דארט האט ער געארבעט אין די ביטערע פרעסטן, ער פלעגט נעמען די מתים, די טויטע אידן און זיי באערדיגן, האט ער דערציילט אז ער האט געזען אן אינטערעסאנטע זאך ביי די טויטע, קיינער קוקט נישט אויפ'ן צווייטן; אלע ליגן אויף דער ערד מיט'ן פנים ארויף, נישטא קיין קנאה, קיינער קוקט נישט אויפ'ן חבר; אלע ווארטן מען זאל זיי שוין ברענגען לקבורה.


דו ווייסט כאטשיג דיין פראבלעם - קענסטו דאך גלייך נעמען די רפואה פון רבי'ן. דער רבי האט אונז אלע פארשריבן א גרויסע רעצעפט, ווי נאר מען ווייסט אז מען איז נישט בסדר - קען מען גלייך אייננעמען דעם איינשפריץ און מען ווערט אויסגעהיילט, דער רבינ'ס רעצעפט איז: "התבודדות"; מען זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך אויסשמועסן אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטער פריינט און אים בעטן מען זאל ארויסגיין פון די שלעכטע נאטורן.


יעצט אז דו ווייסט פונקטליך דיין פראבלעם זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, זאג פאר'ן אייבערשטן די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן מיט וואס איך האב און מיט וואס איך האב נישט, איך זאל געדענקען אז דו פירסט אלעס, אלעס וואס איך האב - איז פון דיר; מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין געלט, מיין הויז, מיין קאר - אלעס אלעס איז פון דיר מיט א פונקטליכער חשבון, העלף מיר איך זאל געדענקען אז קיינער קען מיר גארנישט צונעמען און קיינער קען מיר גארנישט געבן.


רבונו של עולם, העלף מיר, הייל מיר אויס; העלף מיר איך זאל קענען אויסארבעטן מיינע מידות. איך בין אזוי פארדארבן, איך האב אזעלכע פארדארבענע מידות, איך בין מקנא אנדערע, איך פארגעס אז דו ביסט דא, איך פארגעס אז דו געבסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס, איך קוק אויף דעם און אויף יענעם, איך פארגעס פון דיר.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען פון תכלית, איך זאל געדענקען אז נאך אביסל גייט מען מיר אריינלייגן אין די ערד, דארט איז נישטא דער מיט יענער, דארט איז דא ווערים און מייז, דעמאלט וועט מען אפיר נעמען מיינע מעשים; מיין דאווענען, מיין לערנען און מיינע גוטע מעשים, נאר דאס וועט זיין חשוב, מען וועט אפציילן אלע פרקים משניות וואס איך האב גורס געווען, מען וועט אפציילן אלע קאפיטלעך תהילים און בלעטער גמרא, דאס וועט זיין חשוב; בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף אנדערע, איך זאל זיך פרייען מיט וואס איך האב, איך זאל אריינכאפן אביסל גוטע זאכן".


אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן; שעם זיך נישט, דערצייל דעם אייבערשטן פונקטליך וועם דו ביסט מקנא און מיט וואס דו ביסט אים מקנא, אזוי וועט עס ארויסגיין פון דיר.


די רעצעפט פון רבי'ן איז אזוי וואונדערליך; עס נעמט ארויס אלע שלעכטע מידות, מען ווערט א ריינער מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#107 - פארוואס האב איך געזען ביי איינעם א פראסטע שבת טיש?
סיפורי צדיקים, שבת טיש, מדות טובות, דרשות, דן לכף זכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין תלמיד הישיבה, אבער איך האב חיזוק פון די שיעורים, און איך האב אויך זייער התפעלות פון אייערע תלמידים.


איך האב אנגעהויבן שרייבן נעכטן א בריוו צום ראש ישיבה און איך האב עס נישט געענדיגט, אינצווישן האב איך געהערט א שיעור, און ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט ווייל די שאלה איז מיר דארט פארענטפערט געווארן, עס איז מיר ממש געווען ווי א תשובה פון הימל ווייל עס איז בכלל נישט אריינגעקומען דארט.


איך האב געוואלט זיך אויסרעדן, איך בין געווען אמאל אין קרית ברסלב אויף א שבת, איך בין איינגעשטאנען ביי א משפחה, איך האב זיך אבער געפילט זייער אומבאקוועם, די גאנצע התנהגות איז געווען פראסט. איך בין אויך א פשוטער איד, איך ארבעט, איך בין נישט קיין צדיק, אבער איך האב קיינמאל פארדעם נישט געזען אז מען זעצט זיך צו א שבת סעודה אן א הוט און בעקיטשע, מען זיצט ביי א סעודה און מען זינגט נישט קיין זמירות, עס איז מיר ממש געווען א זאך וואס איך האב נישט געקענט פארשטיין.


דא זע איך אז ווען איך באגעגן תלמידים פון ישיבה, רעדן זיי איידל, זיי גריסן, זיי קומען זיך אויס אין שטוב, און איך בין זייער נתפעל געווען פון ברסלב, און דא בין איך אנגעקומען צו א שטוב אין קרית ברסלב און די גאנצע שבת זעט אויס אזוי פראסט, נאכדערצו ווען דער ראש ישיבה שליט"א אליין רעדט אסאך פון די גרויסקייט פון א שבת טיש, פון זינגען זמירות, און אזוי ווייטער.


יישר כח פאר אלעס, הצלחה מיט אייער הייליגע ארבעט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן גוטע אויגן, קוקן גוט אויף א צווייטן, זען דאס גוטס ביי אידישע קינדער און דן זיין יעדן איינעם לכף זכות. עס איז נישט קיין קונץ צו זוכן חסרונות ביי אנדערע, א קונץ איז צו זען דאס שיינקייט פון אידישע קינדער, קענען ליידן יעדן איד און יעדן איינעם ליב האבן.


די הייליגע צדיקים קוקן אויף יעדן איינעם גוט, זיי זוכן דאס גוטס אין יעדן איינעם, זיי זעען נישט דאס שלעכטס; מיר דארפן זיך אויסארבעטן צו קענען צוקומען צו דעם, נאר צו זען דאס גוטס. ביים הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו דערציילט מען, האט אמאל פאסירט, ער האט געזען ווי א איד איז פארנומען אינמיטן דאווענען מיט זיין וואגן, דער איד איז געשטאנען אינדרויסן פון שול מיט טלית און תפילין און פארראכטן די וואגן, האט דער הייליגער צדיק געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, קוק אן דעם איד, ער איז אזוי אריינגעטון אין זיין וואגן, דער וואגן איז ביי אים מער וויכטיג פון אלסדינג, דאך טוט ער אן יעדן טאג טלית און תפילין; ער טוט דיין רצון, ער טוט וואס די תורה הייסט טון"; די צדיקים זיי זעען אנדערש, זיי זעען ווי אידן זענען גוט, ווי אידן זענען וואויל; זיי זעען די טלית און תפילין. א צווייטער זעט ווי יענער דאווענט נישט, ווי יענער פאלט, אבער צדיקים זעען דאס שיינקייט פון אידישע קינדער.


ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו איז אמאל געווען אן אינטערעסאנטע מעשה פרייטאג צו נאכטס ביים טיש, דער הייליגער רבי אלימלך גיסט אן דעם בעכער און נעמט דאס אין האנט, דער עולם ווארט דער צדיק זאל אנהייבן קידוש, אבער דער צדיק שטייט שטיל, ער עפנט נישט זיין מויל, דער עולם שטייט און וואונדערט זיך 'וואס גייט דא פאר? אפשר קומט א נייע גזירה?!' דער צדיק שטייט מיט פארמאכטע אויגן און ווארט און ווארט, ענדליך הייבט דער הייליגער רבי אלימלך אן זאגן מיט פייער די ווערטער פון קידוש: "יום השישי" וגו'.


די תלמידים זענען נייגעריג, זיי ווילן פארשטיין וואס דא גייט פאר. שפעטער האט מען געפרעגט דעם הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו וואס איז געווען די מעשה, פארוואס האט זיך דער צדיק פארזוימט? האט דער רבי אלימלך געזאגט: "פאר קידוש איז דאך א צייט פון תשובה, איך האב אנגעהויבן טראכטן ווי ווייט איך בין פונעם אייבערשטן; איך האב זיך ארום געקוקט און געזען פאר מיר צוויי מענטשן קומען אריין צום טיש, די צוויי מענטשן זענען געווען גרויסע לצים, זיי זענען געקומען מאכן ליצנות, איך האב געטראכט צו מיר 'איך בין טאקע ערגער פון אלע מענטשן דא אין בית המדרש, אבער די צוויי זענען נאך ערגער פון מיר, זיי זענען נאך מער שלעכטע מענטשן; איך האב גענומען די כוס אין די האנט און נישט געקענט מאכן קידוש, איך האב געזוכט צו טראכטן עפעס גוטס אויף זיי, איך האב אבער נישט געקענט טרעפן גוטס אין זיי, איך האב געווארט און געווארט, געטראכט און געזוכט עפעס גוטס אויף זיי; איך האב געטראכט אז אויב איך קען נישט טרעפן אין זיי גוטס קען איך נישט מאכן קידוש, בין איך פסול לעדות, ביז איך האב אריינגעטראכט אז זיי זענען נישט אזוי שלעכט, ווי נישט ווי זענען זיי געקומען צו א הייליג פלאץ, זיי וואלטן דאך געקענט זיין אין א שלעכטע פלאץ, זיי וואלטן געקענט גיין טון עבירות, יעצט זענען זיי געקומען אין א הייליג פלאץ; איך האב אנגעהויבן זען אין זיי אזא ליכטיגקייט, דעמאלט האב איך אנגעהויבן מאכן קידוש".


דאס איז די עבודה ביי צדיקים, זיי זוכן גוטס אויף אידישע קינדער; אפילו אויף לצים, נידריגע מענטשן - טראכטן זיי גוטס, כל שכן ווען מען זעט א איד עסן די שבת'דיגע סעודה, א איד וואס היט שבת - איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, טאר מען נישט זוכן דערביי שלעכטס, אויב ער גייט יא מיט א בעקיטשע אדער ער גייט נישט מיט א בעקיטשע, אויב ער זינגט יא זמירות אדער נישט.


אז מען איז פארנומען צו זוכן שלעכטס איז א סימן אז מען דארף תשובה טון, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע א חסרון ביי א צווייטן, איז דאס מיין פראבלעם; אדער האב איך נישט געהאט קיין התבודדות יענעם טאג, און אז איך האב יא געמאכט התבודדות האב איך נישט געמאכט גענוג התבודדות, ווייל ווען איך וואלט זיך גוט מתבודד געווען וואלט איך געזען נאר גוטס ביי יעדן איינעם".


איך ווייס נישט ווער דו ביסט און וואו דו ביסט איינגעשטאנען, איין זאך קען איך דיר זאגן, אז דו וועסט אנהייבן נוצן די עצה פון התבודדות וועסטו שוין נישט זען קיין שלעכטס, דו וועסט זען ווי טייער אידישע קינדער זענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#106 - איז אמת די לשון הרע'ס וואס מ'רעדט אויפ'ן ראש ישיבה?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, צדיקים, התנגדות, מוהרנ"ת ז"ל, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון א צעבראכענע שטוב וואס איז זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, עס געבט מיר פיל חיזוק אין לעבן. איך האלט שוין ברוך ה' אינמיטן די דריטע מאל משניות, א טאג וואס איך קום אן צו זאגן ח"י פרקים משניות איז גאר אן אנדערע טאג, די זכות זאל אייך ביישטיין.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב געהערט פון מענטשן, און אויך איז עס געווען באריכטעט אויף א געוויסע האטליין, אז דער ראש ישיבה שליט"א לאזט טאנצן אום תשעה באב. איך פארשטיי אז ס'איז נישט אמת, אבער איך וויל וויסן פון וואו זיי נעמען עס, און זיכער מאכן אז ס'איז טאקע נישט אמת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו שטארקסט זיך מיט לימוד התורה, דו האסט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה און נאך אביסל ביסטו דאס מסיים די דריטע מאל; עס איז נישטא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, וועסטו ווערן געראטעוועט.


בנוגע די לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויפ'ן רבי'ן און אויפ'ן רבינ'ס מענטשן; דערמאנסט מיר די מעשה וואס האט פאסירט ביי רבי נתן, מען האט עדות געזאגט אויף רבי נתן אז ער עסט אום ט' באב, צוויי עדות האבן געשוואוירן אז זיי האבן געזען ווי רבי נתן מאכט א סעודה, ער עסט און טרינקט אום ט' באב; רבי נתן איז געווען גאנץ ט' באב איינגעשפארט, מען האט ארויסגעהערט וויינען א גאנצן טאג, רבי נתן האט געוויינט אויפ'ן חורבן בית המקדש נישט נאר ט' באב, נאר יעדע נאכט ביי תיקון חצות. זיין שכן, יונה מלמד, האט געזאגט פאר זיין רבי, ווען זיין רבי האט אים געבעטן ער זאל ביינאכט הרג'נען רבי נתן: "דער רבי זאל מכבד זיין א צווייטן מיט די מצוה, איך קען דאס נישט טון פאר מיין שכן רבי נתן, איך הער יעדע נאכט ווי ער זאגט תיקון חצות מיט אזא געוויין, מיט א זיסקייט, איך וועל דאס נישט טון"; אויף אזא איד האט מען געזאגט אז ער עסט ט' באב און טאנצט ט' באב.


שפעטער האט מען געפרעגט איינער פון די עדות וואס האבן מעיד געווען די פאלשע עדות, עקיבא מאירטשעס, היתכן, ווי קען זיין איר האט געשוואוירן אויף ליגנט? האט ער געענטפערט: "מיר האבן געזען רבי נתן עסן ט' באב וואס איז געפאלן אום שבת, מיר האבן נישט געשוואוירן פאלש, מיר האבן געוויסט אז מען וועט אונז נישט פרעגן אויב דאס איז געווען ט' באב שחל בשבת"; די רבנים, זיי האבן געמיינט אז רבי נתן האט געגעסן אין א וואכענדיגע ט' באב.


אזוי אויך האט מען געזאגט אויף רבי נתן נאך פאלשע עדות, די זעלבע צוויי עדות האבן געשוואוירן אז זיי האבן געזען רבי נתן זיצן מיט א מיידל, שפעטער האט מען געפרעגט די מענטשן וואס האבן דאס מעיד געווען, היתכן, ווי קען זיין איר האט געשוואוירן אויף ליגנט, האבן זיי געזאגט, מיר האבן געזען רבי נתן זיצן מיט זיין אייניקל (א קינד פון זיין טאכטער חנה צירל), א קליין מיידל פון ווייניגער פון א יאר, מיר האבן נישט געשוואוירן פאלש, מיר האבן געוואוסט אז מען וועט אונז נישט פרעגן אויב דאס איז געווען אן אייניקל; אזוי איז געווארן די מחלוקת השם ישמרינו.


אזוי איז געווען ביים רבי'ן; דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן ער זאל פארן צום הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו אויף שבת, ווייל דער חולק וואס האט געקריגט אויפ'ן רבי'ן איז געפארן צו זיין אויף שבת אין בארדיטשוב רעדן לשון הרע אויפ'ן רבי'ן. רבי נתן איז געפארן, ער האט זיך נישט באוויזן ביז'ן זמן כניסת השבת ווייל ער האט געוויסט אז אויב דער הייליגער קדושת לוי וועט אים זען וועט ער אים בעטן ער זאל אוועקפארן כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת, פרייטאג צונאכטס איז רבי נתן אריינגעקומען אין בית המדרש, ווען דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו האט אים געזען האט ער אים זייער מכבד געווען, רבי נתן מיט זיין חבר רבי נפתלי האבן געווארט צו זען וואו דער חולק וועט זיך אוועק זעצן, זיי זענען דאך געקומען נאר פאר דעם, ער זאל נישט קענען רעדן זיינע שקרים אויפ'ן רבי'ן; זיי האבן געווארט און געווארט ביז ווען זיי האבן געזען וואו ער נעמט זיין פלאץ, ווען ער האט זיך אראפגעזעצט האט זיך רבי נתן געזעצט נעבן אים און רבי נפתלי אנטקעגן אים (מען האט שפעטער געפרעגט רבי נתן פארוואס ער איז געזעצן נעבן אים? האט ער געזאגט: "איך בין געווען גרייט אז אויב איך וועל הערן איין ווארט רעדן קעגן רבי'ן וועל איך אים פארשווייגן"), א גאנצע סעודה האט ער נישט געעפנט זיין מויל צו רעדן אויפ'ן רבי'ן.


נאך שבת איז רבי נתן אריין צום הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו, פרעגט אים דער הייליגער קדושת לוי אויב עס איז אמת אז דער רבי הייסט זיינע תלמידים טרינקען ברוינפן אינדערפרי פאר'ן דאווענען כדי מען זאל קענען דאווענען מיט שטארקע התלהבות? האט רבי נתן געזאגט: "רבי, איר אויך?! איר גלייבט די אלע לשון הרע'ס?" האט דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "ניין, ניין, איך גלייב נישט; איך פרעג נאר ווייל יענער זאגט אזוי, אז דער רבי הייסט טרינקען פאר'ן דאווענען"; האט רבי נתן פארשטאנען פארוואס דער רבי האט אים אהין געשיקט אויף שבת, כדי דער חולק זאל נישט קענען פארקויפן זיינע שקרים און מאכן א מחלוקה אויפ'ן רבי'ן.


אזוי איז אין יעדן דור, אלע מחלוקת אויף צדיקים איז פון לשון הרע; וויי פאר די וואס זענען דאס מקבל, זיי נעמען אן לשון הרע'ס אויף צדיקים. חס וחלילה צו טראכטן אז מיר טאנצן ט' באב, חס וחלילה צו זאגן אויף ברסלב'ע חסידים אז מיר זענען נישט מתאבל ט' באב אזוי ווי די הלכה איז; אז דו וועסט אננעמען די אלע לשון הרע וועסטו אפלאזן דיין לערנען און דו וועסט פארשעמען צדיקים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות לשון הרע, סימן ח): "עַל יְדֵי לָשׁוֹן הָרָע אֵין לָאָדָם חֵשֶׁק לִלְמֹד", דורך לשון הרע פארלירט מען די חשק צו לערנען, "גַּם מְבַזֶּה אֶת הַצַּדִּיק", און מען פארשעמט צדיקים; מען קען מער נישט מקבל זיין פון דעם צדיק, ווייל מען גלייבט די לשון הרע'ס און אז מען האט מער נישט קיין חיזוק לאזט מען אפ די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט גלייבן קיין ליגנט און נישט הערן קיין לשון הרע, וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן גערעכנט ווי די צדיקים. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, אות יא): "מִי שֶׁאֵין מְקַבֵּל לָשׁוֹן הָרָע עַל צַדִּיק", 

#105 - פארוואס רעדט מען אין ברסלב מיט אזא ברייטקייט איבער'ן צדיק?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, אמונה, צדיקים, קשיות, תכלית, בלבולים, אמונת חכמים, חסד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין א ברסלב'ע שטוב, אבער ס'איז דא אסאך זאכן אין ברסלב וואס שטערט מיר זייער שטארק, בפרט דער ענין ווי אזוי מ'רעדט פונעם צדיק מיט אזא ברייטקייט. צום ערשט האב איך זיך געוואלט בארואיגן אז ס'איז נאר די וועג ווי אזוי ברסלב'ע חסידים רעדן, אבער אין די ספרים זעט מען אויך די זעלבע, למשל די לשונות, "דער עיקר איז זיך מקשר צו זיין צום צדיק", "אלעס ווערט געטון דורכ'ן צדיק האמת", דאס שטערט מיר זייער.


אויך הער איך אסאך פון אנדערע חסידות'ן ווי אזוי מ'מאכט אוועק ברסלב, "ס'איז נישט אונזער דרך", "יעדער דארף גיין לויט זיין שורש נשמה", "פארוואס זענען די פריערדיגע צדיקים נישט געגאנגען אויף דעם דרך", "דער רבי איז טאקע יא גוט, אבער רבי נתן האט פארדרייט", און דאס מאכט מיר פילע בלבולים.


אויך שטערט מיר די מעשה ווי אזוי רבי נתן איז מקורב געווארן, ווען די חסידים האבן אים געשיקט קויפן בייגעלעך און ער איז געווארן זייער דערביטערט אויפ'ן וועג וכו'. פארוואס האט אים אזוי געשטערט צו גיין קויפן די בייגעלעך, ביי חסידישע אידן ווייסט מען דאך אז מיט איין טריט פאר יענעם שפארט מען זיך טויזנט טריט פאר זיך. בכלל מיין איך אז אין ברסלב רעדט מען נישט אזויפיל פון חסד און מדות טובות ווי ביי אנדערע חסידות'ן.


בקיצור, איך בין פול מיט בלבולים איבער ברסלב, און איך ווייס נישט וואס דער ריכטיגער וועג איז. דער עיקר האב איך מורא אז ווען איך וועל אויפקומען אויף יענע וועלט וועל איך אפשר געוואויר ווערן אז דער ברסלב'ער דרך איז בכלל נישט עפעס ספעציעל, און איך האב נישט געדארפט ליידן אזויפיל דערפאר.


איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אביסל אויסקלארן דעם קאפ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער א וויכטיגע שאלה, אסאך האבן די שאלה; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר דאס געבן צו פארשטיין.


דאס ווייסטו אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט נאר פאר איין סיבה, מיר זאלן וויסן אז עס איז דא א באשעפער. אלעס וואס ער האט באשאפן אויף די וועלט איז נאר פאר די איין סיבה - מיר זאלן מכיר זיין דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (בא מב.): "בְּגִין דְּאִשְׁתְּמוֹדָעוּן לֵיהּ", - מיר זאלן וויסן פון אים; מיר זאלן וויסן אז אלעס וואס עס איז דא אויף די וועלט - איז ער אליינס, נישטא קיין שום זאך וואס גייט פון זיך אליין, קומט פון זיך אליין, נאר אלעס אלעס איז דער אייבערשטער.


דעריבער דארף מען לעבן מיט דעם, מען דארף זוכן ארויסצונעמען פון יעדע זאך דעם אייבערשטן. דער רבי הייבט אן דעם ספר ליקוטי מוהר"ן (חלק א, סימן א): "כִּי אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ תָּמִיד לְהִסְתַּכֵּל בְּהַשֵּׂכֶל שֶׁל כָּל דָּבָר", א איד דארף שטענדיג זוכן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, אין יעדע זאך וואס מען זעט דארף מען זען דעם אייבערשטן און אין יעדע זאך וואס מען הערט דארף מען הערן דעם אייבערשטן, ווייל אין יעדע זאך וואס מען זעט און הערט - ליגט באהאלטן דער אייבערשטער; און דאס איז די מדריגה פון די גרויסע צדיקים, זיי זוכן שטענדיג דעם אייבערשטן, פון יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף זיי הערן זיי און זעען זיי נאר אלוקית, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", די וועג פון די הייליגע צדיקים, "כְּאוֹר נֹגַהּ", איז ווי א שטארקע ליכט, "הוֹלֵךְ וָאוֹר עַד נְכוֹן הַיּוֹם", עס איז אזוי ווי א ליכטיגקייט וואס שיינט אלץ שטערקער און שטערקער, עס איז זיי אזוי ליכטיג אזוי ווי די זון וואס שיינט; די אמונה איז ביי זיי אזוי קלאר אזוי ווי די שטערקסטע ליכט.


די הייליגע צדיקים - זיי זעען נאר אייבערשטער און זיי הערן נאר אייבערשטער; אפילו פון די נייעס וואס טוט זיך אין די וועלט הערן זיי נאר אלוקית. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, כִּי מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", פון יעדע זאך שרייט ארויס דער אייבערשטער, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל, "וַאֲפִילּוּ מִסִּפּוּרֵי הַגּוֹיִים", אפילו פון די וועלטליכע נייעס, נייעס פון די אומות העולם, "צוֹעֵק גַּם כֵּן כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", - הערט מען אויך ארויס דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים צו, ג): "סַפְּרוּ בַגּוֹיִם כְּבוֹדוֹ", פון די נייעס ביי די פעלקער - קומט ארויס כבוד פאר'ן אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל באהאלטן, ער וויל מיר זאלן אים זוכן און געפונען.


יעצט וועסטו שוין פארשטיין פארוואס דער רבי רעדט אזויפיל פון קומען צו א צדיק, פון זיין צוגעבינדן צום צדיק; ווייל צו קענען צוקומען צו לעבן מיט'ן אייבערשטן דארף מען האבן איינער וואס זאל דאס אריינברענגען אין אונז, מיר אליינס זענען זייער ווייט פון דעם, מיר דארפן רחמי שמים צו זיין פשוט'ע אידן, ווי קענען מיר בכלל אנקומען צו אזא שכל - צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, גיין מיט'ן אייבערשטן, ארויסנעמען פון יעדע זאך דעם אייבערשטן? נאר דורך התקרבות להצדיק.


אן א צדיק איז נישט שייך צוצוקומען צו די מדריגה, בפרט דער וואס פאלט אראפ אין עבירות רחמנא לצלן; ווער רעדט נאך איינער וואס ליגט אין תאות ניאוף השם ישמרינו, ווי קען מען צוקומען צו זיין בטל צום אייבערשטן? ווי קען אריינגיין אין א פארגרעבטע קאפ - איידלקייט און לויטערקייט? ער טראכט דאך נאר עבירות, ער זעט נאר עבירות, ווי קען אזא איינער צוקומען צו וויסן פונעם אייבערשטן? נאר דורך א צדיק; דער צדיק איז אזוי גרויס און אזוי הייליג און ער לאזט זיך אראפ צו אונז פשוט'ע מענטשן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל), דער צדיק קען נעמען די גרעסטע השגות און דאס געבן צו פארשטיין פאר אונז וואס מיר זענען א בחינה פון שכל קטן, ער ברענגט אריין אין די נידריגסטע מענטשן די גרויסע שכל, אז אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן.


אן א צדיק קענען מיר נישט צוקומען צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, אן א צדיק זענען מיר וואס מיר זענען; מיר ליגן וואו מיר ליגן, אין אונזערע נארישקייטן; יעדער איינער אין זיינע נפילות, אין זיינע פארגרעבטקייטן. דער צדיק האט רחמנות, ער איז זיך מוסר נפש פאר אונז אז מיר זאלן אויך האבן א געפיל אין תורה און מצוות, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ז) דער צדיק איז דער גרעסטער רחמן, ער האט אמת'ע רחמנות; ער נעמט מענטשן וואס זענען ווייט פונעם אייבערשטן און ברענגט זיי נאנט צום אייבערשטן.


דערפאר האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצט): "אִי אֶפְשַׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת כִּי אִם כְּשֶׁמִתְקַרְבִין לְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת שֶׁבַּדּוֹר", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען איז מקורב צום צדיק הדור, ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט - "זֶּה לְעוּמַת זֶּה, עָשָׂה הָאֱלֹקִים", אנטקעגן קדושה איז דא טומאה, אנטקעגן די אור אין סוף ברוך הוא, די גרויסע ליכטיגקייט וואס שיינט פונעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט - איז דא דער סמ"ך מ"ם אליינס וואס פארשטעלט אלעס און באהאלט אלצדינג דורך שלעכטע מידות און עקלדיגע תאוות; תאות ניאוף, תאות ממון, תאות אכילה ושתיה, תאות הכבוד והשררה און תאות הנצחון וכו', די אלע תאוות רעות פארשטעלט דעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען האבן א צדיק וואס ער האט זיך אזוי אויסגעארבעט אז ער האט זוכה געווען צו ווערן איינס מיט'ן אייבערשטן, אינגאנצן נכלל ווערן אינעם אין סוף ברוך הוא; דורך אים וועלן מיר אויך זוכה זיין צוצוקומען צו די מדריגות.


דער צדיק האט א כח, ער קען נעמען מענטשן וואס זענען גאר ווייט פון די קדושה, מענטשן וואס ליגן אין שאול תחתית - און זיי מקרב זיין צום אייבערשטן אליין. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי ובהשמטות): "כַּמָּה צֶלֶם אֱלֹקִים הָיוּ מֻנָּחִים בָּרֶפֶשׁ, שֶׁאֲנִי הוֹצֵאתִים מֵהָרֶפֶשׁ וְהַטִּיט שֶׁהָיוּ שָׁם", עס זענען דא פון מיינע מענטשן וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון בלאטע און האבן היינט א צלם אלוקים, "הֲלֹא יֵשׁ אֶצְלִי אֲנָשִׁים שֶׁאֵינִי יוֹדֵעַ אִם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה דַּי לָהֶם", איך האב דא פון מיינע מענטשן וואס איך ווייס נישט אויב דער שאול תחתית וואלט גענוג געווען פאר זיי, "כִּי גַּם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה קָטָן לִפְנֵיהֶם", דער שאול תחתית איז ווייניג געזאגט, "שֶׁאִם הָיָה אֶפְשָׁר לָהֶם לַחְתֹּר תַּחַת שְׁאוֹל תַּחְתִּית הָיוּ חוֹתְרִים", ווען מען וואלט ווען געקענט אויפגראבן א טיפערע פלאץ פון שאול תחתית - וואלט מען דאס ווען געדארפט טון פאר זיי, "וְעַל יָדִי נִתְקָרְבוּ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ בְּהִתְקָרְבוּת כָּזֶה שֶׁאֵין לָהֶם לְהִתְבַּיֵּשׁ מִצַּדִּיקִים גְּדוֹלִים", און דורך מיר זענען זיי צוריק געקומען צום אייבערשטן, זיי האבן זוכה געווען צו ווערן אזעלכע צדיקים אז זיי האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די גרויסע צדיקים.


איך האף אז עס וועט דיר שוין נישט מבלבל זיין די זאך פארוואס מען רעדט אזויפיל פון 'צדיק', דו וועסט זיך פרייען אז עס איז דא א וועג פאר דיר צוצוקומען צו די גרויסע מדריגות, צוצוקומען צו האבן א שטארקע קלארע לויטערע אמונה אינעם אייבערשטן; וואס נאר דורך אמונת חכמים איז מען זוכה צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא בשלח ו, ז) אויפ'ן פסוק (שמות יד, לא): "וַיַּאֲמִינוּ בַּה' וּבְמשֶׁה עַבְדּוֹ", די אידן האבן זוכה געווען ביי קריעת ים סוף צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן און אין משה רבינו, פרעגן די הייליגע חכמים: "אִם בְּמֹשֶה הֶאֱמִינוּ - בַּה' לֹא כָּל שֶׁכֵּן", אז די אידן האבן געהאט אמונה אין משה רבינו איז דאך זיכער אז זיי האבן געגלייבט אינעם אייבערשטן! "אֶלָּא כָּל הַמַּאֲמִין בְּרוֹעֶה שֶׁל יִשְׂרָאֵל - כְּאִלוּ מַאֲמִין בְּמִי שֶּׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", נאר די תורה וויל אונז ווייזן ווי אזוי מען איז זוכה צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן, נאר דורך אמונת חכמים, ווייל דורכדעם וואס די אידן האבן געגלייבט אין משה רבינו האבן זיי זוכה געווען צו וַיַּאֲמִינוּ בַּה', עיין שם.


בנוגע די צווייטע בלבול, די מעשה מיט די בייגל; עס שטערט דיר דעם סיפור התקרבות פון רבי נתן וואס האט זיך אפגעשפילט אין די תקופה ווען ער איז געווען מקורב ביים גרויסן צדיק הרב הקדוש רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, איין וואך מוצאי שבת איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרב הקדוש מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל און רבי נתן'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפ'ן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' און ער איז זייער צעבראכן געווארן פון דעם. ער איז אריינגעקראכן אין א פארמאכטע שול דורכ'ן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען צו זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן.


ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל וואס ער איז ארויף א טרעפל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש וואס זאגט אים די ווערטער: "דראפע זיך און האלט זיך, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות", שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים: "דראפע זיך און האלט זיך" - איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי.


עס שטערט דיר די מעשה, עס זעט אויס ווי רבי נתן האט נישט געוואלט טון חסד; חס ושלום צו זאגן אויף דעם הייליגן רבי נתן אז ער האט נישט געוואלט טון חסד, ער איז נישט צעבראכן געווארן פון דעם זאך אז ער דארף גיין קויפן בייגל, עס איז נישט געווען נאך אזא בעל חסד ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה; דער רבי האט געזאגט פאר רבי יצחק, דער טיראוויצער מגיד'ס איידעם (חיי מוהר"ן, סימן שלח): "קוק אן דעם אינגערמאן - רבי נתן - ער איז ביי זיך א שטיק בלאטע".


איינמאל האט דער רבי זייער אויסגערימט רבי נתן פאר אנשי שלומינו, אז רבי נתן איז א שפל ברך און אן עניו; שפעטער האבן אנשי שלומינו געוואלט אויספרובירן אויב דאס איז ריכטיג, זיי האבן אפגעשמועסט אז זיי גייען דאס דערגיין. איינער האט זיך אנגערופן צום צווייטן, הויך אויפ'ן קול, אז רבי נתן זאל הערן: "איך בין זייער הונגעריג, אפשר גייסטו מיר קויפן א בייגל?" האט זיך דער אנדערער אנגערופן: "איך האב נישט יעצט קיין כח, אפשר וועל איך גיין שפעטער". ווען רבי נתן האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "געב מיר די געלט, איך וועל דיר גיין קויפן די בייגל", האבן זיי געזען אז עס איז ממש וואס דער רבי זאגט, ער איז גרייט צו גיין ברענגען פאר א צווייטן איד עסן, ער איז ביי זיך גארנישט (פעלת הצדיק, סימן תז).


דאס וואס ער האט אזוי געוויינט צום אייבערשטן בשעת'ן קויפן די בייגל, דאס איז געווען איידער ער איז געווען מקורב צום רבי'ן, ער האט געשפירט ווי עס פעלט אים עפעס אין לעבן; נישט דאס טון חסד האט אים געשטערט, עס האט אים געשטערט עפעס אנדערש, ער האט נישט געקענט נעמען דאס פארברענגען פון חסידים. דער הייליגער קדושת לוי האט אים זייער ליב געהאט, ער האט זיך באנומען צו אים מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן מיט א ליבליכע נאמען "מיין נתן'לע"; אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארומגיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, עס האט אים געפייניגט דאס געוויסן: 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד? ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' - אויף דעם האט ער געוויינט: "רבונו של עולם, איך בין באשאפן געווארן צו קויפן בייגל", ער האט נישט געוויינט אויפ'ן קויפן די בייגל, ער האט געוויינט אויף דעם וואס עס פעלט אים א וועג אין לעבן, ער שפירט א חסרון אין לעבן, עס פעלט אים א טעם אין עבודת השם.


יעצט, אויף דעם וואס דו האסט מורא אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועסטו זען אז ברסלב איז נישט די וועג וכו'; עס זעט מיר אויס אז דו ביסט געבוירן געווארן אין א שטוב וואס רופט זיך ברסלב אבער איז ווייט פון ברסלב, וואלסטו געוואוסט וואס דער רבי וויל פון אונז - וואלסטו נישט געהאט אזעלכע בלבולים.


וואס וויל דער רבי? דער רבי וויל מיר זאלן לערנען, מיר זאלן דאווענען, מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן און מיר זאלן זיך פרייען מיט די מצוות – אויף דעם האסטו מורא אז מען וועט דיר זאגן דאס איז נישט אמת? איך וויל וויסן, דו האסט אויך מורא אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויבן אין הימל וועסטו דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף דיינע טעג און יארן? אדער דאס פאלט דיר ניטאמאל איין, אז עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט דארפן ענטפערן דעם שומר הפתח די שרעקעדיגע שאלה (תנא דבי אליהו רבא, א): "עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הייב אן זאגן, וויפיל חומש האסטו געלערנט? "עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הייב אן זאגן די משניות וואס דו האסט געלערנט; טראכסט אמאל 'וואס וועל איך ענטפערן אויף די פראגע?' טראכסט אמאל 'וואס וועט זיין מיט די עבירות?'


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה וואס האט זיין גאנץ לעבן געלעבט מיט תכלית, ביי אים איז דאס געווען דער עיקר; ער האט געזאגט: "איך שרייב מיינע ספרים נאר פאר א מענטש וואס טראכט פון תכלית, ער טראכט 'איין טאג וועל איך זיין א גוסס און א נפטר, איך וועל ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר'; איינער וואס טראכט נישט אז איין טאג וועט ער שטארבן און ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר - איז ביי מיר חשוב אזוי ווי א בהמה, וואס לעבט, עסט און שלאפט און ווייסט נישט וואס דער סוף איז"; דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "אלעס קען איך זיך אויסמאלן, נאר נישט דעם ערשטן ברוך הבא אין קבר, דאס קען איך מיך נישט אויסמאלן, ווען מען וועט מיר אפירנעמען, איך וועל דארפן אפגעבן דין וחשבון - דאס קען איך נישט טראכטן".


וויל איך דיר פרעגן אויב דו טראכסט פון דעם: 'וואס וועט זיין ווען איך וועל אוועקגיין פון די וועלט, מען וועט מיר לייגן מיט די פיס צום טיר', אדער דו האסט נאר איין דאגה, אז אפשר וועסטו אויסגעפונען אויבן אז לערנען און דאווענען און רעדן צום אייבערשטן איז נישט דער אמת? מיר דארפן טראכטן וואס וועט זיין ווען מיר וועלן אוועקגיין פון די וועלט, אפשר זענען מיר פון די צוויי כיתות מענטשן וואס דער רבי רעדט פון זיי, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדריידט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט.

#104 - ווי אזוי פירט מען זיך אינעם טאג וואס מ'ווערט בר מצוה?
סיפורי צדיקים, הדרכות, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי ברוך ה' בר מצוה ווערן בקרוב, איך וויל וויסן וואס מ'האט זיך געפירט ביי אנשי שלומינו צו טון אין דעם הייליגן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן ג), ווען ער האט בר מצוה געהאט איז געקומען דער הייליגער צדיק רבי משה חיים אפרים פון סידילקוב זכותו יגן עלינו - בעל מחבר ספר דגל מחנה אפרים, ער איז געווען דעם רבינ'ס פעטער. ער האט געבענטשט דעם רבי'ן און אים געזאגט דעם פסוק (תהלים ב, ז): "אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", דאס גייט ארויף אויפ'ן טאג וואס מען ווערט בר מצוה.


אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת משפטים, דף צח.): "הַהוּא דְּזָכֵי לִתְלֵיסַר שְׁנִין וּלְהָלְאָה, אִקְרֵי 'בֵּן' לִכְּנֶסֶת יִשְׂרָאֵל", פון ווען מען ווערט דרייצן יאר ווערט מען אנגערופן א קינד פונעם אייבערשטן, "כַּד מָטָה דָּוִד לִתְלֵיסַר שְׁנִין, וְזָכָה בְּהַהוּא יוֹמָא דְּעָאל לְאַרְבֵּיסָר", ווען דוד המלך איז אלט געווארן דרייצן יאר האט ער געזאגט דעם פסוק "ה' אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה, אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", דער אייבערשטער זאגט מיר, מיין קינד היינט האב איך דיר געבוירן, "מַאי טַעְמָא", וואס איז דער טעם אז עס ווערט גערעכנט ווי מען ווערט געבוירן ביי די דרייצן יאר? "דְּהָא מִקַּדְמָת דְּנָא לָא הֲוָה לֵיהּ בְּרָא, וְלָא שָׁרָאת עָלֵיהּ נִשְׁמְתָא עִלָּאָה, דְּהָא בִּשְׁנֵי עָרְלָה הֲוָה", ווייל פאר די דרייצן יאר האט ער נישט געהאט קיין הייליגע נשמה, פאר די דרייצן יאר ווערט גערעכנט אזוי ווי ערלה, "וּבְגִין כָּךְ אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ, הַיּוֹם וַדַּאי יְלִדְתִּיךָ", דערפאר ווערט גערעכנט ווי מען ווערט דעמאלט געבוירן.


דער רבי האט שפעטער דערציילט אז די ווערטער וואס זיין גרויסער פעטער, דער הייליגער דגל מחנה אפרים זכותו יגן עלינו האט אים דעמאלט געזאגט איז ביי אים געווען אזוי טייער, ממש ווי איינער טרעפט א גרויסער אוצר; ער האט געהאט פון די ווערטער גרויס חיזוק, ער האט פארשטאנען אז עס איז א גוטע צייט אנצוהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן; אז דער אייבערשטער זאגט דעם בר מצוה בחור: "איך האב דיר היינט געבוירן, דו ביסט מיין קינד".


מוהרא"ש האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, סעיף קטן י) אז פאר זיין בר מצוה האט אים זיין מאמע עליה השלום גענומען צום הייליגן בעלזער רב זכותו יגן עלינו נעמען א ברכה, ער האט געבענטשט מוהרא"ש און אים אנגעזאגט דריי זאכן: א - ער זאל נישט רעדן מיט די תפילין; ב - ער זאל זיך נישט ארום דרייען ביים דאווענען; ג - ער זאל זייער אכטונג געבן אויף א גוף נקי (ער האט אים געזאגט בזה הלשון: "ווען מען רייניגט זיך דארף מען נוצן אסאך פאפיר"; ער האט איבער געזאגט אפאר מאל "אסאך פאפיר"), און ער האט אויסגעפירט: "אויב דו וועסט דאס מקיים זיין וועסטו אויסוואקסן א גדול בישראל".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן א גרויסער ערליכער איד, זאלסט זיין דבוק אין צדיקים דיין גאנץ לעבן.

#103 - האט דער רבי געלאזט זיינע מענטשן זיין מלמדים?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאלג ברוך ה' דעם ראש ישיבה און איך לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, אזוי ווי דער ראש ישיבה האט מיר געשריבן אין א בריוו, איך האב געקויפט א חיי מוהר"ן און איך לערן א שטיקל כמעט יעדן טאג.


נעכטן בין איך אנגעקומען צו א שטיקל וואס איז מיר געווען א גרויסער וואונדער, רבי נתן שרייבט דארט אין אות תס"ה "אמר רצונו שכל אנשי שלומנו לא יהיה אחד מהם מלמד וכמה פעמים דבר מזה". איך ווייס דאך אז דער ראש ישיבה איז זייער שטארק מחזק מלמדים, און זייענדיג אליין א מלמד זאג איך בפה מלא אז דאס גאנצע חיזוק וואס איך באקום איז דאך נאר פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז אמת אז דער רבי האט נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט איינער פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפ'ן טאג און אויפ'ן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן. ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)"; אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא).


מיט דעם אלעם האט דער רבי געזאגט אז ער וויל זייער שטארק, אז אויב איז דא א מלמד אדער א שוחט זאל דאס זיין דוקא פון זיינע תלמידים. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט (הובא בבעל שם טוב על התורה פרשת יתרו, אות יט) אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער שטארק אויף שוחטים זיי זאלן זיין קלים ורקים און מכשיל זיין אידישע קינדער מיט נבילות וטריפות רחמנא לצלן; אויך פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם אויף די מלמדים זיי זאלן נישט זיין ערליך אזוי וועלן זיי פאר'סמ'ען אידישע קינדער מיט זייערע אפיקורסות; דעריבער האט דער רבי געזאגט: "אויב יא א שוחט, אויב יא א מלמד, זאל דאס שוין ענדערש זיין פון מיינער א מענטש וואס האט יראת שמים".


עס זענען דא זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען געווען מלמדים, ווי זיי האבן אריין געלייגט אין די קינדער אמונה פשוטה און יראת שמים; מוהרא"ש אליינס איז געווען יארן לאנג א מלמד. זאלסטו ווייטער אנהאלטן דיין מלמדות ביתר שאת וביתר עוז, לייג אריין אין די קינדער אמונה; רעד צו די קינדער פונעם אייבערשטן מיט א שטארקייט און א קלארקייט, לערן זיי אויס זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס די קינדער בעטן דיר, יעדע זאך וואס זיי ווילן - זאלסטו זיי אויסלערנען זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן; דאס וועט זיי באגלייטן פאר זייער גאנצע לעבן.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי ער געדענקט פון די זעקס יאר ווי זיין מלמד רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה, וועם מען האט גערופן בלשון חיבה "ר' יעקב מלמד", א ברסלב'ער חסיד - פלעגט אריין לייגן אין די קינדער אמונה. די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דעם קינד קושן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריין געברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קוש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף; דאס האט אים באגלייט לאנגע יארן.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט; קוק אויף די קינדער ווי זיי זענען דיינע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:):"כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; פשט דערפון איז, אז איינער וואס לערנט תורה מיט א צווייטנס קינד דארף טראכטן ביי זיך: 'דאס איז מיין קינד', נאר אזוי קען ער מצליח זיין מיט די תלמידים. עס זענען דא מלמדים רוצחים וואס פארשעמען די קינדער, זיי שלאגן, ציפן וכו' וכו'; זיי מיינען אז עס איז הפקר וועלט, אבער עס גייט אריבער אפאר יאר און נאכדעם באצאלט מען מיט די אייגענע קינדער בכפל כפליים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - קענען מיר נישט ווערן ווי די גרויסע צדיקים?
התחזקות, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, צדיקים, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק בריוו וואס איך באקום, דאס געבט מיר אסאך חיזוק און כח ווייטער אנצוגיין.


אויף די פראגע וואס איך האב געפרעגט איבער וועלכע סארט מעשיות צו דערציילן פאר קינדער, האט דער ראש ישיבה שליט"א מיר געשריבן, "דערצייל פאר די קינדער אלע מעשיות פון צדיקים; עס האט נישט צו טון יא נאכמאכן נישט נאכמאכן, ווייל מיר דארפן וויסן אז מיר זענען זייער ווייט פון זיין א צדיק, מיר זענען זייער ווייט פון וואס מיר דארפן באמת זיין, אבער אויב מיר וועלן זיין מקושר צו צדיקים, מיר וועלן גלייבן אין זיי און פאלגן וואס זיי זאגן - וועלן מיר אויך זוכה זיין צו ווערן צדיקים".


איך בין געווארן אביסל צעבראכן ביים דאס ליינען, ווייל די גאנצע זאך פארוואס איך האב מיר צוגעכאפט צום רבי'ן איז דאך געווען נאר ווייל דער רבי זאגט אז מען קען זיין א גרויסער צדיק בלויז מיט'ן זיך פירן בתמימות ובפשיטות און איך פרוביר זייער שטארק זיך צו פירן אויף דעם וועג, איך לערן אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך רעד אסאך צום אייבערשטן, איך פרוביר זייער שטארק מכבד צו זיין מיין ווייב, און איך האב פארשטאנען אז ווען מ'פירט זיך אזוי ווערט מען א צדיק, איז וואס דארף איך נאך חוץ פון דעם?


דער ראש ישיבה איז דער איינציגסטער וואס האט מיר געגעבן א וועג צו זיין א צדיק, און יעצט זע איך אז איך בין נאך זייער ווייט פון דעם, איז וואס איז יא די וועג צו ווערן א גרויסער צדיק?


יישר כח


 


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט צעבראכן געווארן פון די בריוו.


ווען מיר קוקן זיך אן ווי אזוי מיר זעען אויס דעמאלט דארף מען זיין צעבראכן, אבער אז מיר קוקן אויף די צדיקים, מיר זענען מקושר צו צדיקי אמת שרפי מעלה וועלכע זענען עוסק בתיקון העולם, זיי זענען אונז מתקן - דעמאלט דארף מען זיין זייער פרייליך.


מיר טארן זיך נישט לאזן נארן, מיר דארפן וויסן אז מיר זענען נאך זייער זייער ווייט פון וואס מיר דארפן זיין; אפילו מיר וועלן פאררעכטן אלעס וואס מיר דארפן מתקן זיין, וואס וועט זיין מיט די צייט וואס מען האט געטון נישט גוטע זאכן? אין די צייט וואלטן מיר דאך געקענט טון גוטע זאכן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מט): "אִיר דַארְפְט זִיךְ זֵייעֶר יָאגִין אַרַיינְצוּכַאפְּן גוּטְס, אִיר זָאלְט נָאךְ קֶענִין עֶפִּיס אַרַיין כַאפִּין"; כדי אנצופולן די טעג און יארן וואס מיר האבן געטון נארישקייטן.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסטו אזוי צעבראכן פון די בריוו, וואס מיינסטו - מיר זענען שוין פארטיג, מיר זענען שוין ווי אזוי מיר דארפן זיין? מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן און אים בעטן אז מיר זאלן זיין ערליכע אידן; קוק א לשון פון רבי'ן ווי אזוי מיר דארפן וויינען, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן לט): "וְרָאוּי לָנוּ לוֹמַר זֹאת בִּבְכִיָּה, בִּדְמָעוֹת שָׁלִישׁ, לִבְכּוֹת, וּלְהִתְגַּעְגֵּעַ, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ", מיר דארפן וויינען מיט הייסע טרערן צום אייבערשטן, מיר דארפן וויינען, בענקען און בעטן: "מָתַי נִזְכֶּה לָזֶה, שֶׁיִּהְיֶה לָנוּ זֶה הַדַּעַת", ווען וועלן מיר שוין זוכה זיין צו דעם, "שֶׁנּוּכַל לָדַעַת וּלְהַכִּיר הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ מִכָּל דָּבָר שֶׁל זֶה הָעוֹלָם בִּפְרָטֵי פְּרָטִיּוּת", רבונו של עולם, ווען וועל איך האבן דעם שכל, איך זאל וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויף די וועלט אויסער דעם באשעפער, רבונו של עולם ווען וועל איך זוכה זיין לעבן מיט דיר און זען אין יעדע זאך נאר דיר, "וּכְּפִי הַמַּדְרֵגָה פְּחוּתָה שֶׁלָּנוּ עַתָּה, וְכֻלָּנוּ אֵין פָּנֵינוּ יָפוֹת כְּלָל", ווייל ווי אזוי מיר זעען דערווייל אויס זענען מיר נאך זייער ווייט פון דאס אלעס, "אָנוּ צְרִיכִין שֶׁיְּרַחֵם עָלֵינוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לִתֵּן לָנוּ מַנְהִיג רוֹעֶה נֶאֱמָן, שֶׁיּוּכַל לְהָאִיר בָּנוּ יְדִיעָה הַנַּ"ל, כְּדֵי שֶׁנּוּכַל לְעָבְדוֹ יִתְבָּרַךְ כָּרָאוּי וְלָבוֹא אֶל הַתַּכְלִית", דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז, אונז ברענגען צום אמת'ן צדיק וואס וועט אריין שיינען אין אונז אז מיר זאלן איינערקענען אינעם אייבערשטן; ווייל ווען מען איז זוכה צו האבן א צדיק אזוי ווי משה רבינו דעמאלט זענען אלע זוכה צו שפירן דעם אייבערשטן אויף די גרעסטע מדריגה, אפילו א פחות שבפחותים, אפילו די וואס זענען בבחינת שפחה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא בשלח מסכתא דשירה, פרק ג): "רָאֲתָה שִׁפְחָה עַל הַיָם", די דינסטן האבן געזען דעם אייבערשטן ביי קריאת ים סוף, מיט אזא שטארקע אמונה, "מַה שֶׁא רָאָה יְחֶזְקֵאל בֶּן בּוּזִי", מער ווי וואס יחזקאל הנביא האט זוכה געווען; ווייל ווען מען האט א צדיק, א מנהיג אמיתי - ברענגט ער אריין אזא שטארקע און קלארע אמונה אפילו אין די וואס זענען נאך ווייט.


מאך זיך שיעורים אינעם הייליגן רבינ'ס ספרים, וועסטו אנהייבן זען דאס גרויסקייט פון יעדע מצוה וואס מיר טוען, דו וועסט ווערן פרייליך און שפירן נאנט צום אייבערשטן און אין די זעלבע צייט וועסטו שפירן שווערע געפילן; דו וועסט אנהייבן זען אז מיר זענען נאך זייער ווייט. ווייל ווען מען הייבט אן לערנען דעם רבינ'ס ספרים מען הייבט אן טרעטן אויף די שטויב פון די צדיקים - הייבט מען אן שרייען וואס די גזלנים האבן געשריגן: "וויי איז מיר, אזוינס האב איך געטון? גיוואלד געב מיר א תשובה". (עיין סיפורי מעשיות, מעשה ג).


 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#101 - ווען איז נפטר געווארן די מאמע פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, יראת שמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און פאר יום טוב שבועות האב איך באשריבען אביסל פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע אין א קונטרס וואס כ'האב אהיימגעשיקט פאר מיינע תלמידים, און איך האב דארט איבערגעטייטשט עטליכע שטיקלעך פון פעולת הצדיק, ווי עס ווערט דארט געברענגט אז די מאמע פון בעל שם טוב זי"ע איז נפטר געווארן ביי זיין געבורט.


נאך שבועות האבן מיר די זיסע קינערלעך געזאגט אז דעס איז אנדערט ווי עס שטייט אין אנדערע ספרים וועלכע באשרייבן די היסטאריע פון בעל שם טוב זי"ע אז זיין טאטע איז נפטר געווארן בעפאר זיין מאמע.


איך וואלט זייער געוואלט וויסן צי עס איז טאקע פארהאן חילוקי דיעות אין דעם, און אזוי אויך לתועלת פון די קונטרס וואס איך האב פארטיילט פאר זיי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ט סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לייגסט אריין אין קינדער יראת שמים, דו דערציילסט זיי מעשיות פון צדיקים. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען דורך דעם וואס ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק.


מוהרא"ש דערציילט (ספר פעולת הצדיק, אות כו) אז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געבוירן געווארן צו אלטע עלטערן, זיין פאטער רבי אליעזר איז אלט געווען הונדערט יאר און זיין מאמע שרה איז שוין אויך געווען זייער אלט; זיין מאמע איז נפטר געווארן גלייך ווען זי האט געבוירן דעם הייליג קינד ישראליק, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון די וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק אבער אז דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.


דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליין אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטע'ס לעצטע ווערטער: "געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם"; מיט די ווערטער האט ער געלעבט און האט דאס אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל האט ער שפאצירט אין וואלד בשעת ער האט געזינגען צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליין אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז דאך אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבער געלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ". (וואס באמת שטייט דארט אז מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן נַאר האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלינג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישט דא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם סמ"ך מ"ם; פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער סמ"ך מ"ם וויל אים איינרעדן צו טראכטן קעגן די אמונה האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: 'געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?' דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'". ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


עס איז דא נאך נוסחאות אין די מעשה; עס איז דא וואס זאגן אז קודם איז זיין טאטע רבי אליעזר אוועק פון די וועלט און נאכדעם זיין מאמע, אבער ביי אנשי שלומינו איז מקובל די מעשה אזוי ווי מוהרא"ש פארציילט דאס.


דער עיקר זאלסטו אויסלערנען די קינדער וואס מען זאל ארויסנעמען פון די מעשה; איינס, מען זאל שטענדיג געדענקען און וויסן אז מען איז קיינמאל נישט אליין, נאר מען איז אלץ ארום גענומען מיט'ן אייבערשטן און וואס מען וויל זאל מען נאר בעטן פונעם אייבערשטן. צווייטנס, זאלסט אריין לייגן אין די קינדער אז זיי זאלן נישט מורא האבן ווען מען הערט רעדן קעגן די אמונה, מען זאל שרייען דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", ביז מען ווערט פטור פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#100 - פארוואס איז מען נאכאלץ אזוי שטארק קעגן מוהרא"ש?
סיפורי צדיקים, מחלוקת, מוהרא"ש, היכל הקודש, הפצה, זיכוי הרבים, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק. אויך וויל איך דערציילן אז איין טאג לעצטנס איז געווען גאר שטארק הייס דא אין ארץ ישראל, און איך האב געקלערט אויב איך זאל יא גיין הפצה אדער נישט, און פונקט דעמאלט האב איך געהערט א שיעור און אינמיטן האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דארט איבער די חשיבות פון א מפיץ, און זיך אויסגעדריקט, "אמאל קען א מפיץ זיין פויל, און טראכטן היינט איז צו הייס, איך וועל שוין גיין מארגן", און דאס איז מיר געווען ווי א צייכן פון הימל און איך בין ברוך ה' געגאנגען הפצה טראץ די שרעקליכע היצן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס מ'זעט לעצטנס אז ס'עפענען זיך פילע ברסלב'ע שולן אין אמעריקע, אין אלע שטעט, אבער פון דעסט וועגן איז נאכאלץ דא א שטארקע התנגדות קעגן היכל הקודש, מ'לאזט נישט אריין דארט די ספרים פון מוהרא"ש און די ברסלב'ע גליונות.


איר זענט דאך באקאנט מיט די ברסלב'ע חסידים דארט, פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס זאל מען אין ברסלב זיין אזוי שטארק קעגן היכל הקודש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין הפצה; פארשפרייטן פאר אידישע קינדער די זיסע עצות פון רבי'ן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי דער אייבערשטער ווארט מען זאל תשובה טון.


דער אייבערשטער האט זייער ליב א מענטש וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים; שטעל זיך פאר אז דו האסט א זון וואס רעדט מער נישט מיט דיר, ער איז אנטלאפן פון שטוב, ער דריידט זיך מיט נישט גוטע מענטשן און ער פאלט נעבעך אראפ אין עבירות - ווי דאס רייסט ביים הארץ, און עס קומט איינער און הייבט אן רעדן צו דיין זון, ער ברענגט אים ספרים, קונטרסים און ניגונים פון תשובה, ער איז אים מחזק צוריק צו קומען צום אייבערשטן און שלום מאכן מיט דיר, ווי אזוי וואלסטו געקוקט אויף דעם מענטש - ווי א שנארער? ווי א בטלן? דו וואלסט דאך דעם מענטש געקושט און געהאלזט, ער וואלט געהאט ביי דיר אן אפענעם טיר...


מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט דיין זון רבי מיכעלע זלאטשובער, אז דא אין הימל מאכט מען פון אים אזא רעש?" האט דער טאטע - רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


בנוגע די מחלוקת אויף מוהרא"ש וכו'; דער רבי האט שוין געענטפערט און געזאגט פארוואס מען לאכט און מען שפעט פון אים. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי געב זיך אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה"; דאס איז דער תירוץ, אז עס איז דא א צדיק וואס האט א כח צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ער איז בכח צו ברענגען די גאולה שלימה - קומט דער סמ"ך מ"ם און מאכט ליצנות כדי אז מענטשן זאלן נישט נעמען די ספרים.


מיר דארפן זיך נישט מבלבל זיין פון דעם, מיר דארפן גיין אין די פיס טריט פון מוהרא"ש וואס האט נישט געקוקט אויף קיינעם נאר ער האט זיין גאנץ לעבן פארשפרייט אמונה פאר אידישע קינדער; ער האט זיך נישט אפגעשטעלט צוליב די לאכערייען און דאס חוזק מאכן, ווייל אין די צייט וואס דער וואס פאררופט זיך עכטער ברסלב'ער וויל נישט נעמען די ספרים און הייבט אן פרעגן קשיות און שאלות - קען מען מזכה זיין צענדליגער מענטשן, זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


ליצנות איז געווען אלע יארן, פון אלע צדיקים האט מען געשפעט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ב, ג): "אֵין לְךָ דּוֹר שֶׁאֵין בּוֹ לֵיצָנִים", אין יעדער דור זענען דא ליצנים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שצז): נאכדעם וואס די תורה דערציילט דאס גרויסקייט פון חזקיהו המלך, זאגט דער פסוק (דברי הימים ב לב, א): "אַחֲרֵי הַדְּבָרִים וְהָאֱמֶת הָאֵלֶּה בָּא סַנְחֵרִיב", זעט מען פון דעם אז עס קען זיין א צדיק אזוי גרויס ווי חזקיהו המלך, וואס די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין צד:) אז ער האט אריין געברענגט לימוד התורה אין אלע אידן, אזוי ווייט אז קליינע קינדער זענען געווען באקאנט אין אלע הלכות פון טומאה וטהרה, נאך זאגן חז"ל (שם, צד.) אז חזקיהו המלך איז געווען אזוי גרויס אז ער וואלט ווען געדארפט זיין משיח צדקינו, מיט דעם אלעם זאגט די תורה: "אַחֲרֵי הַדְּבָרִים וְהָאֱמֶת הָאֵלֶּה בָּא סַנְחֵרִיב", האט דער רבי געזאגט, אז מען זעט פון דעם אז נאכדעם וואס עס זענען פארהאן גרויסע צדיקים וואס קענען ברענגען די גאולה קומט סנחריב און מאכט אלעס חרוב.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט ווייטער עוסק זיין אין הפצה; גיי נישט אין קיין וויכוחים מיט קיינעם, בפרט מיט די וואס רופן זיך עכטע ברסלב'ער. עס איז א שאד די צייט; אונזער זאך איז הפצה. דער רבי דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה זיי זאלן אנטרינקען ביימער, איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון, אנטרינקען ביימער; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דער רבי בעט אונז מיר זאלן מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן; א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", דאס האט דער חכם געבעטן זיינע קינדער, זיי זאלן עוסק זיין און אנטרינקען אידישע קינדער מיט חיזוק און עצות זיי צו העלפן וואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#99 - מעג מען דערציילן פאר קינדער שרעקעדיגע מעשיות פון צדיקים?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כתה ב' מלמד, איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך דערצייל אסאך מאל איבער פאר די קינדער די מעשיות וואס איך הער ביי די שיעורים.


אסאך מאל דערצייל איך זיי די מעשה פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע ווי אזוי זיין טאטע איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען גאר קליין, און ווי אזוי ער האט געלעבט מיט'ן אייבערשטן וכו'. ס'זענען אבער דא קינדער וואס זאגן מיר איך זאל נישט דערציילן די מעשה ווייל ס'איז צו שרעקעדיג.


פון איין זייט קען דאס זיין גאר א שטארקע חיזוק פאר די קינדער אויב זיי וועלן אויך אמאל אריבערגיין שוועריקייטן און צרות אין לעבן און דאס וועט זיי געבן חיזוק אז דער אייבערשטער איז אלעמאל מיט זיי, אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז האבן טאקע שרעקעדיגע חלומות פון דעם ביינאכט, אז אפשר וועט זייער טאטע שטארבן וכדומה.


זאל איך ווייטער דערציילן די מעשה פאר די קינדער אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דערצייל פאר די קינדער אסאך מעשיות פון צדיקים; דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד דורכדעם וואס מען זעט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען אין זייער לעבן.


ווען דו דערציילסט זיי מעשיות וואס רעדט זיך פון נפטר ווערן זאלסטו זיי דאס אראפלייגן אן קיין פחד און שרעק; ווען די קינדער פרעגן וואס עס מיינט שטארבן, געב זיי צו פארשטיין אז דעם גוף לייגט מען אין דער ערד און די נשמה גייט ארויף אין הימל, אויב מען פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען האט געטון אסאך מצוות און מען האט געלערנט תורה - דאן גייט מען אין גן עדן צוזאמען מיט'ן באשעפער.


שטארבן איז נישט א שרעקעדיגע זאך, יעדער איינער דארף אמאל צוריק גיין צום אייבערשטן. די עצם זאך פון שטארבן איז בכלל נישט שרעקעדיג, עס איז אזוי ווי מען גייט ארויס פון איין שטוב צו א צווייטע שטוב (שיחות הר"ן, סימן קנו); שרעקעדיג איז ווען מען גייט אוועק פון די וועלט אן קיין תורה און מצוות, דעמאלט איז זייער ביטער. אז א נשמה קומט ארויף אויבן אין הימל נאקעט אן קיין תורה, אן קיין מצוות און אן קיין גוטע זאכן - דאס איז שרעקעדיג.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן אויף די קינדער וואס כאפן נישט אויף אזוי שנעל דאס לערנען, זיי זאלסטו מקרב זיין. און אויך אויף די קינדער וואס ווילן נישט גלייך לערנען זאלסטו אכטונג געבן; זיי זאלסטו אונטערקויפן מיט גוטע זאכן ביז זיי וועלן לערנען און זיך פירן אזוי ווי מען דארף.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס קויפט אונטער די קינדער וואס ווילן נישט לערנען און ער דריידט ארום מיט זיי ביז זיי ווערן ערליכע אידן, אזוי ווי מען זעט, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט און מען האט גוזר תענית געווען אבער עס האט נישט גערעגנט, איז א פשוט'ער איד צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו גיין א גאס רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען בין איך אים משחד, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך רעד אים צו אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישלעך, ביז ער הייבט אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אסאך מאל דארף מען משחד זיין קינדער מיט בעלי חיים וכדומה, אז זיי זאלן לערנען פלייסיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#98 - וואס טו איך מיט מיינע קינדער וואס האלטן נישט ביים איינזיצן ביים שבת טיש?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים דעם פארגאנגענעם זומער, און דאס האט מיר זייער געטוישט צום גוטן אין אלע הינזיכטן, ווי אויך האב איך אנגעהויבן לערנען תורה יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה, און איך זאג יעדן טאג דריי פרקים משניות, איך שפיר זיך ממש ווי א נייער מענטש.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז מ'זאל דערציילן מעשיות פאר די קינדער ביים שבת טיש, איך פרוביר די לעצטע פאר וואכן צו דערציילן מעשיות ביים טיש, אבער מיינע קינדער הערן מיר בכלל נישט אויס, זיי קריגן זיך ארום די גאנצע סעודה, איז דא עפעס אן עצה אויף דעם?


יישר כח, חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


מיין נישט אז נאר דיינע קינדער זענען ווילד און שפרינגעדיג וכו', ווייל דאס איז די געזונטע נאטור פון קינדער; געזונטע קינדער שפרינגען און קריגן זיך ביים שבת טיש און די ארבעט פון די עלטערן איז צו פראבירן מיט אלע חכמות צו מאכן אז די סעודה זאל זיין אינטערעסאנט.


ווען מען האט עלטערע קינדער און יונגערע קינדער אינדערהיים דארף מען מאכן די סעודה אינטערעסאנט פאר ביידע, מען קען נישט פארלאנגען פון קליינע קינדער צו זיצן ביים טיש במשך די גאנצע סעודה, דעריבער איז גוט אז אנהייב סעודה זאל מען מער רעדן צו די קליינטשיגע קינדער ווי לאנג זיי האלטן נאך מיט די סעודה, און שפעטער ווען די קליינע קינדער גייען זיך שפילן זאל מען מער פארברענגען מיט די עלטערע; מען גייט איבער די פרשה, מען פרעגט יעדן קינד א שאלה און מען פארברייטערט דעם תירוץ מיט אינטערעסאנטע מדרשים וכו'.


פארשטייט זיך אז מיט אלע חכמות און עצות דארף מען מאכן אסאך תפילות יעדע וואך פאר דער שבת קומט צו גיין אז מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך שבת מיט די ווייב און קינדער. ווייל דער יצר הרע ציטערט זייער פונעם שבת, ער ווייסט אז שבת איז א צייט וואס דער איד קלעבט זיך צו צום אייבערשטן און שבת בויעט דער איד זיין שטוב, זיין ווייב און זיינע קינדער, דערפאר מאכט ער עס זאל זיין מחלוקת און אנגעצויגנקייט, אבי דער שבת זאל זיין צעשטערט. אזוי ווי דער הייליגער חיד"א זאגט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ) אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע אידישע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקה צווישן מאן און ווייב; ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר אום שבת קודש, ווייל ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, אזוי ווי דער רבי זאגט  (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות שלום, סימן יח): "הַבְּרָכָה בָּא עַל יְדֵי שָׁלוֹם"; אויב מען איז בשלום וועט מען האבן ברכות; דערפאר דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט קריגן און מען זאל זיך נישט בייזערן אויף יעדע קלייניקייט וואס פאסירט, אזוי ארום וועט מען ניצול ווערן פונעם שטן און זוכה זיין צו א פרייליכע שבת.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל הערשן א פרייליכע אטמאספער ביי דיר אין שטוב; אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן. קינדער ווארטן א גאנצע וואך פארן הייליגן שבת, שבת איז א צייט וואס מען פארברענגט מיט זיי מיט שמחה און מנוחה.


געדענק אז אלעס ווענדט זיך אין דעם ראש המשפחה; אז דער טאטע איז פרייליך איז אלעס גוט און אז דער טאטע איז נערוועז דעמאלט איז זייער ביטער. דער טאטע דארף נישט מאכן קיין עסק פון יעדע קלייניקייט, נישט יעדע זאך דארף מען זען און נישט יעדע זאך דארף מען הערן; אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע וועלן זיצן נעבן דיר און זיך פרייען מיט דיר ביי די סעודה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#97 - ווי אזוי קען איך ארויפקוקן מיין מאן?
שלום בית, סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן איז ברוך ה' א תלמיד חכם און ער לערנט פלייסיג, אויך טוט ער אסאך חסד און העלפט ארויס אנדערע מענטשן, אזוי ווי ער איז אבער נישט אזא מסודר'דיגער מענטש, קען אויסקומען אז ער בלייבט פארנומען מיט זיינע עסקנות ביז שפעט אין די נעכט, איך בין אבער ברוך ה' זייער צופרידן מיט אים.


איין זאך וואס טוט מיר אבער וויי איז דאס וואס ער איז נישט מקפיד צו דאווענען אינדערפרי פאר חצות מיט מנין, ער קען אויפשטיין שפעט, און נאך ענטפערן עטליכע טעלעפאן רופן, וואס קען זיך אריינציען ביז נאך חצות. אויך ביי מנחה מעריב שטרענגט ער זיך נישט אן צו דאווענען מיט מנין, כאטש וואס רוב מאל קומט אים יא אויס צו דאווענען מנחה מעריב מיט מנין, ווען עס מאכט זיך אבער אז ער ווערט פארנומען, וועט ער נישט ארויסגיין פון זיין וועג צו דאווענען מיט מנין.


איך ווייס אז דאס האט גארנישט מיט מיר, עס איז נישט מיין אחריות אז ער זאל דאווענען מיט מנין און עס דארף מיר בכלל נישט שטערן, וואס קען איך אבער טון אז עס באדערט מיר יא? און עס נעמט אוועק די רעספעקט וואס איך האב צו אים, און למעשה טוט מיר עס זייער וויי, סך הכל וויל איך האבן א מאן א ירא שמים, און ווי אזוי קען איך אים מכבד זיין און ארויפקוקן ווען זיין דאווענען זעט אזוי אויס? לעצטנס האב איך באמערקט ווי ער האט געגעסן א שטיקל קעיק מיט זיין קאווע פאר'ן דאווענען, דאס האט מיר זייער וויי געטון, דאס מאכט אז איך זאל אים נישט קענען ארויפקוקן.


איך וויל נאכאמאל באטאנען אז איך ווייס אז דאס האט נישט מיט מיר, עס איז נישט מיין עבירה און נישט מיין אחריות, אבער נאכאלץ וויל איך שפירן פרייליך און צופרידן מיט מיין מאן, איך וויל אים באמת קענען ארויפקוקן און מכבד זיין אויך אין מיין הארץ.


יישר כח פאר'ן ליינען מיין בריוו, איך קוק ארויס אויף אן ענטפער און הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זעט נישט מיט אייערע אויגן ווי דער סמ"ך מ"ם האט געטראפן א וועג צו צעברעכן אייער שטוב? איר זעט נישט מיט אייערע אויגן ווי איר ווערט פארנארט אין זיין נעץ? איר זאגט אליינס אז דאס מאכט איר זאלט אראפקוקן אויף אים און עס נעמט אוועק די ליבשאפט צווישן ענק.


וויסן זאלט איר, אזוי ווי ביימער און גראז קענען נישט וואקסן נאר אז מען באוואסערט זיי, אזוי קען א מענטש נישט וואקסן נאר אז מען האלט פון אים, און ביז וויפיל מען האלט אז ער קען אנקומען - ביז אהין קען ער אנקומען; ביי קינדער איז דאס געוואנדן לויט די עלטערן און לויט זיין מלמד, און שפעטער נאך די חתונה איז דאס געוואנדן אין די ווייב; אז די ווייב שעצט אים - קען ער וואקסן, און אז אין איר הארץ האלט זי נישט פון אים - קען ער נישט וואקסן, און אזוי דערציילן אונז די הייליגע חכמים (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס האט חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, נאכדעם וואס עס זענען אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, האבן זיי זיך גע'גט, און דער ערליכער איד האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, פירט אויס דער מדרש: "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי; אויב די פרוי קוקט גוט אויף איר מאן - ווערט ער א צדיק, און אז די פרוי האלט נישט פונעם מאן - זי קוקט אים אראפ - פאלט ער נעבעך אראפ.


זוכט אין אייער מאן נאר דאס גוטס, א פרוי האט די כוחות צו זען נאר דאס גוטס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פארן מאן; א פרוי האט א ספעציעלע שכל און פארשטאנד צו קענען טרעפן דאס גוטס אינעם מאן און אין די קינדער, און אז זי ניצט דאס אויס איז זי זוכה צו בויען איר שטוב, עס ווערט מקוים ביי איר (משלי לא, ל-לא): "אִשָּׁה יִרְאַת ה' הִיא תִתְהַלָּל, תְּנוּ לָהּ מִפְּרִי יָדֶיהָ וִיהַלְלוּהָ בַשְּׁעָרִים מַעֲשֶׂיהָ".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#96 - וויפיל טבילות אין מקוה ברענגט יראת שמים?
סיפורי צדיקים, מקוה, יראת שמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און פאר די עצתו אמונה.


איך האב געוואלט פרעגן, עס שטייט אין ספר המדות (אות יראה, סימן לא) "ליראה תלך למקוה", און נאכדעם, אין סימן לז שטייט, אז ש"י טבילות איז מסוגל פאר יראה; עס שטייט שוין פארדעם אז מקוה איז מסוגל ליראה, וואס דארף נאכדעם שטיין אז ש"י טבילות איז אויך מסוגל פאר יראה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט, דער רבי זאגט (ספר המדות אות יראה חלק א, סימן לא): "לְיִרְאָה תֵּלֵךְ לַמִּקְוֶה", דורך מקוה באקומט מען יראת שמים, איז וואס זאגט דער רבי (שם, סימן לז): "גַּם שַׁ"י [שְׁלשׁ מֵאוֹת וָעֶשֶׂר] טְבִילוֹת מְסֻגָּלִין לְיִרְאָה", זיך טובל'ן דריי הונדערט און צען מאל - איז מסוגל פאר יראת שמים; אמער, ביים גיין אין מקוה איז מען שוין זוכה צו יראה?!


וויסן זאלסטו, אין יראת שמים איז דא אסאך מדריגות, עס איז נישט פשט אז איינמאל מען האט יראת שמים איז מען שוין גוט, מען דארף אלץ שטרעבן צו באקומען מער און מער יראה פונעם אייבערשטן; מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער איז געווען אין ארץ ישראל, אין טבריה, ביים קבר פונעם הייליגן רמב"ם, האט ער דערציילט א פחד פון א מעשה, אז דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט אמאל זייער געבעטן דעם אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צוצוקומען צו די מדריגה, מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי די אבות הקדושים האבן מורא געהאט, און מען האט אים מודיע געווען פון הימל אז עס איז נישט שייך, ער וועט דאס נישט קענען אויסהאלטן. האט דער הייליגער ישמח משה געבעטן, אפשר קען ער באקומען די יראה וואס די תנאים האבן געהאט, האט מען אים אויך מודיע געווען פון הימל אז ער וועט דאס נישט קענען אויסהאלטן, האט ער געבעטן אלץ לויט די שפעטערע דורות, ביז ווען ער האט געבעטן דעם רמב"ם'ס יראה, האט מען אים דאס געגעבן, און דער הייליגער ישמח משה האט דאס נישט געקענט אויסהאלטן, ער האט אוועק גע'חלש'ט; זעט מען פון דעם אז אין יראת שמים קען מען אלץ זוכה זיין צו מער און מער, דאס גייט העכער און העכער.


העיקר זאלסטו גיין אין מקוה יעדן טאג, און ווען דו טובל'סט זיך זאלסטו אינזין האבן שם א-ק-י-ק במילוי ההין: אל"ף ה"ה יו"ד ה"ה, וואס באטרעפט קנ"א (151), אזוי ווי מקו"ה (151), און האב אינזין: 'אֶקֱיֶ"ק, אֲנָא זָמִין לְמֵהֱוֵי' (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו), איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך און הייליג; זאג פארן באשעפער אז דו גייסט שוין זיין אן ערליכער איד, היטן די אויגן, היטן די מחשבה, היטן דעם דיבור, און אזוי ווייטער.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - פארוואס האט מען אפגעלאזט דעם שידוך?
שידוכים, התחזקות, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, אמונה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך אסאך מחזק מיט די שמועסן און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך בין א חתן געווארן פאר עטליכע חדשים צוריק, אבער א חודש פאר עס האט געדארפט זיין די חתונה האט די כלה אפגעלאזט דעם שידוך, אן קיין שום סיבה.


פון דעמאלט בין איך גענצליך צעבראכן, איך קען ממש נישט לערנען, און קוים וואס איך קען אביסל דאווענען. איך ווייס נישט וואס צו טון און ווי אזוי צו גיין פון דא ווייטער, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר העלפן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס האט פאסירט מיט דיר, מען האט אפגעלאזט די שידוך א חודש פאר די חתונה - איז זייער זייער א ווייטאגליכע מעשה, די ווייטאג איז א שרעקליכע ווייטאג, עס קען צערודערן דעם מענטש השם ישמרינו, ווייל מען האט זיך שוין געפרייט אז מען גייט חתונה האבן, די געפילן זענען געווען אזוי שטארק, מען האט ארויסגעקוקט אויף די שענסטע צייט וואס מען האט אין לעבן - און פלוצלונג בום... א קראך... א באמבע... אלעס אויס... די צער איז זייער שטארק.


דאך בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, הארציגער חבר: "דראפע זיך און דערהאלט זיך"; חזר די אמונה, חזר זיך אז אלעס וואס פאסירט - קומט פונעם אייבערשטן, און אז עס קומט פונעם אייבערשטן - קען דאס נישט זיין שלעכט, ווייל פונעם אייבערשטן - גייט נישט ארויס קיין שלעכטס, און אז מיר פארשטייען דאס נישט - איז דאס נאכאלץ זיכער פאר אונזער טובה, און מיר קענען נישט פארשטיין דרכי המקום.


די שידוך וואס מען האט אפגעלאזט - איז אויך געווען דיין שידוך, און דאס וועט ברענגען נענטער דיין שידוך; אזוי האט דער הייליגער רבי מגלה געווען ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן. דער רבי געווען אין ראדוויל, דער רבי האט זייער שטארק געוואלט חתונה האבן, ער האט נישט געוואלט זיין אן א ווייב, דעמאלט זענען געקומען אסאך פרויען, זיי האבן זיך געוואלט משדך זיין מיט אים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה), אלע וואס זענען געקומען צו פארן זענען זיינע שידוכים, און אזוי איז ביי יעדן מענטש, מען האט כמה וכמה זיווגים, די שידוכים וואס מען רעדט איז אויך א בחינה פון שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט, אפילו ווען מענטשן שמועסן ביי זיך אין שטוב, עס פאלט זיי ביי אז דער בחור וואלט גוט געווען פאר די מיידל - איז דאס א שידוך, אפילו ווען דער שידוך זאל זיך נישט אנהייבן און נישט ענדיגן - איז דאס אויך א בחינה פון א שידוך, "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה, וְלִפְעָמִים נִגְמָר הַשִּׁדּוּךְ וְאַחַר כָּךְ מַפְסִיקִים הַקֶּשֶׁר שֶׁל תְּנָאִים, וְלִפְעָמִים בָּאִין לִידֵי נִשּׂוּאִין וְאַחַר כָּךְ בְּסָמוּךְ נַעֲשֶׂה גֵּט בֵּינֵיהֶם. וְלִפְעָמִים אֵינוֹ נַעֲשֶׂה הַגֵּט עַד אַחַר אֵיזֶה זְמַן וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כַּמָּה בְּחִינוֹת שֶׁיֵּשׁ בְּעִנְיְנֵי הַשִּׁדּוּכִים וְהַזִּוּוּגִים שֶׁאֵינָם נִגְמָרִים אַחַר כָּךְ, אֲבָל כֻּלָּם הֵם בְּחִינַת זִוּוּגִים שֶׁלּוֹ. כִּי כָּל אֶחָד יֵשׁ לוֹ כַּמָּה זִוּוּגִים, רַק שֶׁאֵצֶל זֶה נִגְמָר אֵיזֶה זִוּוּג שֶׁלּוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר בְּעָלְמָא שֶׁמְּדַבְּרִים מִזֶּה הַשִּׁדּוּךְ, וְלִפְעָמִים עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר יוֹתֵר אוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה הִתְקַשְּׁרוּת אוֹ נְסִיעָה אוֹ עֻבְדָּא בִּשְׁבִיל הַשִּׁדּוּךְ לְפִי שָׁעָה וְכוּ' כַּנַּ"ל"; זעט מען פון דעם אז יעדע זאך וואס מען טוט פאר א בחור און פאר א מיידל כדי זיי זאלן טרעפן זייער שידוך - אפילו עס ווערט נישט - איז אויך עפעס, ווייל עס ווערט נענטער זייער ריכטיגער שידוך, עיין שם.


אז זי האט דיר געקענט טון אזא זאך, זאלסטו זיך פרייען אז דו האסט נישט חתונה געהאט מיט דיר, ווייל אז זי איז אזא מענטש וואס קען טון אזוינס - דארפסטו איר נישט האבן; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א כלל אין לעבן, 'אז איינער דארף מיך נישט דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט'.


נעם זיך צאם, הייב אן צוריק מיט דיין עבודת השם, גיי דאווענען דריי מאל א טאג די דריי תפילות מיט מנין, הייב אן צוריק לערנען דיינע שיעורים און נעם אראפ יעדן טאג אביסל צייט פאר התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ, דארט זאלסטו זיך מתבודד זיין, שמועס אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, דערצייל דעם אייבערשטן די גאנצע פרשה, ווי פרייליך דו ביסט געווען אז דו גייסט שוין כמעט חתונה האבן און פלוצלונג איז אלעס פארשוואונדן געווארן; בעט אים ער זאל דיר געבן כח זיך צו קענען דערהאלטן, און בעט אים דו זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך.


ביטע מיר שרייבן ווען דו ווערסט א חתן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - צוריק קומען צו א נישט ערליכע שטוב?
התחזקות, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל זיך זייער באדאנקען פאר די חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א, זייט איך האב אנגעטראפן די געוואלדיגע שיעורים, און אויך די ניגונים פון אמונה, האט מיין לעבן ממש אויפגעלאכטן, דער ראש ישיבה שליט"א האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


איך לערן אין א ישיבה אין ארץ ישראל, איך האב דארט גאנץ שטארק הנאה, פארשטייט זיך אז אזוי ווי אין יעדע פלאץ האט זיך עס אירע מעלות און חסרונות. מיין שאלה איז אויב איך זאל צוריק קומען, אבער די שאלה איז בכלל נישט אזוי פשוט.


מיינע עלטערן זענען גע'גט, מיין טאטע האט ברוך ה' נאכאמאל חתונה געהאט און ער פירט אן ערליכע לעבן, מיין מאמע איז אבער זייער געפאלן נאכ'ן גט, עס איז איר געווארן שווער צו היטן שבת פאר עטליכע סיבות, און זי האט אויפגעהערט היטן שבת רחמנא ליצלן, און יעצט האלט זי בכלל זייער ווייניג אידישקייט נעבעך.


אויב מיין מאמע וועט מיר הייסן צוריק קומען, וועל איך נישט האבן קיין ברירה, ווייל האט זי אחריות אויף מיר. און דעריבער בעט איך אן עצה פונעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ערשטנס מוז איך דיר זאגן אז איך בין זייער איבערגענומען פון דיר ווי דו שטארקסט זיך, און אפילו עס גייט אריבער אויף דיר אזויפיל שוועריקייטן - ביסטו ווייטער שטארק אין עבודת השם, דו לערנסט, דו דאווענסט און דו דערהאלטסט זיך.


ביי דיין פאל, אזא מעשה וואס דו גייסט אריבער – זאלסטו ענדערש בלייבן אין ישיבה אין ארץ ישראל, ווייל ווי אזוי וועסטו זיך קענען שטארקן ביי דיין מאמע אין שטוב ווען די מצב איז אזוי? ווי אזוי וועסטו קענען זיין אין א שטוב מיט אפענע אינטערנעט אן קיין פילטער? מען קען אלעס פארלירן; ענדערש בלייב אין ישיבה. זע צו האבן גוטע חברים, חברים וואס האבן תמימות, חברים וואס מאכן נישט קיין ליצנות פון ערליכע זאכן, פון הייליגע זאכן.


דער פסוק זאגט (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים", אויב א מענטש דרייט זיך מיט לצים - "הוּא יָלִיץ", וועט ער אויך ווערן א לץ, "וְלַעֲנָוִים", און אז מען דרייט זיך מיט ערליכע אידן, מען חבר'ט זיך מיט גוטע חברים, חברים וואס האבן אמונת חכמים, חברים וואס דרייען זיך ביי ערליכע אידן - "יִתֶּן חֵן", וועט מען אויך ווערן אן ערליכער איד און געפינען חן אינעם אייבערשטנ'ס אויגן.


נאר איין זאך, דראפע זיך און דערהאלט זיך, און אפילו עס איז דיר גאר ביטער - זאלסטו נישט אויפגעבן, נאר זיך דראפען און דערהאלטן, און גלייבן אז ביים סוף וועט דיר גוט ווערן.


דו ווייסט די מעשה מיט מוהרנ"ת, איידער ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ר' ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זכותו יגן עלינו, ער איז געפארן צום צדיק הרב הקדוש רבי מרדכי מקרעמניץ זכותו יגן עלינו, צו הרב הקדוש רבי שלום מפראביטש זכותו יגן עלינו און צו הרב הקדוש רבי אברהם דוב מחמעלניק זכותו יגן עלינו; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען, אבער ער האט אלץ געשפירט עפעס א חסרון, ער האט געשפירט ווי עפעס פעלט אים, ביז אמאל האט ער זיך גע'חלומ'ט ווי עס שטייט א גרויסע לייטער, און ווי ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלונג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיך מיט אלע דיינע כוחות", און שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער געזען אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים: "דראפע דיר און האלט זיך" - איז דער הייליגער רבי.


עס וועט נישט לאנג נעמען ביז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - מעג מען אזוי רעדן צו א קינד?
התחזקות, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א תלמידה דערציילט מיר אז איר מאמע זאגט איר, "ווען איך וואלט געוואוסט ווי אזוי דו וועסט אויפוואקסן, וואלט איך דיר נישט געוואלט געבוירן",  איך האב אין לעבן נישט געקלערט אז א מאמע קען דאס זאגן פאר א קינד.


זי זאגט זי איז געווארן אזוי צובראכן. זי הערט אזויפיל שיעורים און ארבעט אזוי שטארק אויף איר כיבוד אב ואם, און איר מאמע זאגט איר, "ביסט טאקע זייער וואויל לעצטנס, אבער איך בין ווייט נישט צופרידן". זי דערציילט זי איז אריין אין צימער און געוויינט.


זי זאגט אז איין זאך האט איר בארואיגט אז זי קען עס דערציילן פאר'ן אייבערשטן, און ער ווייסט אז איך מיין צו זיין גוט, און עכט בין איך וואויל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"א סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אזוי ווייטאגליך צו הערן די סארט מעשיות, ווי עלטערן קלאפן זייערע אייגענע קינדער מיט שרעקליכע ווערטער וואס מען קען עס נישט פארהיילן, די ווערטער שעדיגן די קינדער און עס באגלייט זיי און עס מאכט זיי שלעכט השם ישמרינו; זייט מחזק די תלמידה זי זאל זיך שטארקן, זי זאל טראכטן נאר פונעם אייבערשטן, און ווען זי דארף טון כיבוד אב ואם זאל זי טראכטן: 'איך טו עס פארן אייבערשטן וואס האט געזאגט מען זאל מכבד זיין טאטע מאמע'; דאס וועט איר העלפן קענען טון די מצוה, זי וועט נישט שוואך ווערן פון נאכגיין אירע געפילן וכו'.


די ווערטער וואס זי זאגט, אז דאס רעדן צום אייבערשטן דערהאלט איר - דאס דארף זיין א שטארקע חיזוק פאר אייך, און פאר אלע וואס זענען עוסק מיט קינדער, מען זאלן רעדן אסאך צו די קינדער פון התבודדות, און פון דעם אז דער אייבערשטער האט זייער ליב א איד, און אז קיינער וויל נישט האבן מיט דיר, די וועלט האט דיך אויסגעשלאסן, די משפחה האט דיך פארטריבן, די חברים האבן דיך באגראבן, און דיינע אייגענע ברידער און שוועסטער ווילן מיט דיר נישט האבן - איז דער אייבערשטער נאכאלץ מיט דיר, ער האט דיך ווייטער ליב, ער איז מיט דיר, ביי דיר, און נעבן דיר; רעד צו אים, בעט אים יעדע זאך, און דערצייל אים יעדע זאך; און דאס איז געווען פון וואס מוהרא"ש האט צו אונז גערעדט אלע יארן און געשריבן אלע יארן, מוהרא"ש האט אריינגעלייגט אין אונז אזא שטארקע אמונה אז מיר זענען געווארן אזוי זיכער מיט זיך, זיך נישט לאזן צעברעכן פון קיינעם, און אפילו מלאכים וועלן מיר מחליש דעת זיין, און די צדיקים וועלן מיך פארטרייבן - זאל מען וויסן אז דער איבערשטער איז מיט מיר, דעם אייבערשטן האב איך, און מוהרא"ש האט דערציילט די שרעקעדיגע חלום וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן צא), ווי אלע האבן אים אפגעלאזט, קיינער האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, ער האט געדארפט אנטלויפן צו א צווייטע לאנד, און אויך אין יענע פרעמדע לאנד האט דער רבי געזען ווי ער דארף זיך באהאלטן, ער האט זיך באהאלטן אין וואלד.


אזוי זיצנדיג אין וואלד קומט צו צו אים אן עלטערער איד און הייבט אים אן געבן מוסר: "היתכן, דו שעמסט זיך נישט? אזוי פירסטו זיך אויף?! שעמסט זיך נישט פון דיינע זיידעס, רבי נחמן הורודענקער און פון דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו? שעמסט זיך נישט פון תורת משה רבינו און פון די הייליגע אבות אברהם יצחק יעקב?! וואס מיינסטו, דו וועסט דען קענען בלייבן דא אין וואלד איינער אליין? דיין געלט וועט זיך ענדיגן און דו ביסט שוין שוואך"; דער עלטערער איד האט נישט אויפגעהערט צו באזידלען דעם רבי'ן, ער האט געזאגט פארן רבי'ן: "דו וועסט פון דא אויך מוזן אנטלויפן, און דארט וואו דו וועסט אנטלויפן וועסטו אויך נישט האבן קיין מנוחה, דו וועסט זיך דארט אויך מוזן באהאלטן פון די גרויסע עבירות וואס דו האסט געטון", האט אים דער רבי געזאגט: "אויב אזוי, וועל איך כאטשיג האבן יענע וועלט", זאגט די נשמה: דו מיינסט דו וועסט האבן יענע וועלט? "אֲפִילּוּ בְּגֵּיהִנּוֹם לֹא יִהְיֶה לְךָ מָקוֹם לְהִטָּמֵן שָׁם כִּי עָשִׂיתָ חֵטְא כָּזֶה", אפילו אין גיהנום וועסטו זיך מוזן פארשטעקן פאר אזעלכע הארבע עבירות, זאגט אים דער רבי: "לֶךְ לְךָ", גיי דיר אוועק, גיי דיר אוועק, איך האב געמיינט דו וועסט מיך טרייסטן, איך האב געקלערט דו וועסט רעדן צו מיין הארץ, יעצט אז דו מאכסט מיר יסורים, גיי גיי גיי; דאס איז דער לימוד וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז: 'איך זאל זיך פון קיינעם נישט לאזן צעברעכן', און דאס דארפן מיר אריינלייגן אין די תלמידים ותלמידות.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.