שאלה אין קורצן ענין
#79 - איך זאל איבערבעטן דעם וואס האט מיר געטשעפעט?
סיפורי צדיקים, מדות טובות, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטנס האב איך געהאט אפאר מעשיות וואס מענטשן האבן מיך זייער געטשעפעט, און איך האב זייער געוויינט, אבער למעשה מיט די לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט מיך אויס, ווייס איך אז איך דארף תשובה טון און אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין איין מענטש וואס איך האב א שווער הארץ אויף אים און איך בין יעדן מוחל


דער ראש ישיבה שליט"א לערנט מיר אויך אויס נאכמער, אז איך זאל טראכטן צי איך דארף איבערבעטן דעם וואס האט מיר געמאכט וויינען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די חידוש ביים רבי'ן איז אז דער רבי נעמט אונז פשוט'ע מענטשלעך, וואס מיר זענען וואס מיר זענען, און ברענגט אונז צו מדריגות פון גרויסע צדיקים, צו די מדריגה פון נישט ענטפערן ווען מען ווערט פארשעמט, און נישט צוריק ענטפערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:): "הַנֶּעֱלָבִים וְאֵינָם עוֹלְבִים", די וואס ווערן פארשעמט און זיי טוען נישט צוריק פארשעמען, "שׁוֹמְעִים חֶרְפָּתָם וְאֵינָם מְשִׁיבִים", די וואס הערן ווי מען שענדט זיי און זיי ענטפערן נישט צוריק, "עוֹשִׂים מֵאַהֲבָה וּשְׂמֵחִים בְּיִסּוּרִים", די וואס דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט און פרייען זיך מיטן אייבערשטן אפילו ווען עס איז זיי שווער, אויף זיי איז געזאגט געווארן דער פסוק וואס שטייט (שופטים ה, לא): "וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבֻרָתוֹ", זיי זענען באליבט ביים אייבערשטן.


מוהרא"ש דערציילט, אין פרימישלאן האט געוואוינט א צדיק רבי מענדעלע פרימישלאנער, א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, און דארט אין שטאט האט געוואוינט א שניידער וואס האט זיך פארלייגט אויף דעם צדיק אים צו רודפ'ן און פארשעמען, רבי מענדעלע האט נישט געוויסט וואס צו טון, דער שניידער האט אים פארשעמט, נאכגעשריגן און וואס נישט.


אמאל איז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געקומען צו אים, ביי רבי מענדלע אין שטוב איז געווען א גרויסע יום טוב, דאס איז גארנישט קיין קלייניקייט אז דער צדיק קומט אין שטוב. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בית, סימן ג): "כְּשֶׁהַצַּדִּיק בָּא לַבַּיִת הַזֶּה גַּם הַבְּרָכָה בָּאָה", ווען דער צדיק קומט אין שטוב קומט א ברכה אין שטוב. מען האט געמאכט א שיינע סעודה, און רבי מענדעלע האט חושש געווען אז דער שניידער וועט אים קומען מאכן בזיונות, איז ער געגאנגען צו אים אין שטוב און אים געבעטן: "ביטע טו מיר די טובה, היינט ווען מיין רבי איז ביי מיר אין שטוב - זאלסטו נישט קומען מיך פארשעמען".


דער שניידער איז געווען א שלעכטער מענטש, ער האט שטענדיג חוזק געמאכט פון ערליכע אידן, ער האט נישט ליב געהאט צדיקים, ער פלעגט אלץ קומען ביים צדיק'ס הויז און לאכן און שרייען מיאוס'ע ווערטער, און אויך יעצט איז ער געקומען צום שטוב פון רבי מענדעלע; ער האט געשריגן מיאוס'ע ווערטער, ער האט געהאקט אויפן טיר, געקלאפט אין די פענסטער, ער האט זיך ארומגעדרייט אינדרויסן און געזוכט ווי ער קען לאכן און שפעטן פונעם צדיק, ער האט געפונען איין קליין פענסטערל וואס איז געבליבן אפן, האט ער אנגעהויבן שרייען מיאוס'ע ווערטער, ער האט פארשעמט דעם צדיק; דער צדיק האט דאס נישט אויסגעהאלטן.


ביז דער הייליגער בעל שם טוב האט באמערקט אז עפעס גייט דא פאר, פרעגט ער רבי מענדעלע: "וואס גייט דא פאר? וואס זענען די געשרייען?" האט אים רבי מענדעלע געזאגט: "איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב דא איינער וואס הערט מיך נישט אויף צו פארשעמען, געווענליך בין איך דאס מקבל באהבה, אבער היינט האב איך אים געבעטן ער זאל מיך נישט פארשעמען ווען מיין רבי איז דא".


רופט זיך אן דער הייליגער בעל שם טוב: "הלוואי וואלט איך געהאט אזא איינעם וואס זאל מיך פארשעמען יעדן טאג"; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון איינער וואס ליידט בזיונות, אויב מען איז מקבל די בזיונות באהבה - קומט מען אפ מיט דעם אלע עבירות, מען ווערט זייער נאנט צום אייבערשטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - ווי אזוי רעדט מען צו קינדער פון קדושה?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע חיזוק, אינעם בית המדרש ווי איך דאווען ברענגט מען רעגלמעסיג די קונטרסים "עצתו אמונה", איך ליין עס יעדן שבת קודש, און איך באקום יעדעס מאל פרישע חיזוק און געוואלדיגע עצות, און עס העלפט מיר זייער שטארק. דער אייבערשטער זאל געבן אסאך כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו קענען ממשיך זיין מיט'ן מזכה זיין אידישע קינדער פאר לאנגע געזונטע יארן, מיט געזונט און נחת.


איך האב געוואלט בעטן הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א, די פלאץ פון וואו איך קום, איז נישט איינגעפירט צו רעדן בכלל וועגן קדושה, אפשר דא דארט א רמז וועגן דעם, אבער נישט געהעריג.


מיין זון ווערט בר מצוה, און איך וויל זייער שטארק רעדן מיט אים און אים מדריך זיין, איך ווייס אבער נישט ווי אזוי דאס צו טון. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א שרייבן א בריוו וועגן דעם אינעם גליון אדער א בריוו אין עצתו אמונה, און אזוי וועל איך קענען עס געבן פאר מיין זון עס צו ליינען? איך בין זיכער אז דאס וועט אים אסאך העלפן.


איך האב אויך א זון וואס איז אביסל יונגער, אפשר קען די בריוו זיין גוט אויך פאר אים, אדער אפשר דארף מען פאר אים אן אנדערע נוסח?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע ווערטער איז רעדן פשוט'ע ווערטער, אז מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש און אויך נישט קוקן, און אז דאס איז געווען די עבירה ביים מבול, אזוי ווי עס שטייט (בראשית ו, יב): "כִּי הִשְׁחִית כָּל בָּשָׂר אֶת דַּרְכּוֹ עַל הָאָרֶץ" וגו'.


מען דארף רעדן צו די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, מען טאר נישט ווארטן ביז די בר מצוה, ווען זיי זענען יונג דארף מען זיי לערנען זיך צו פירן בקדושה ובטהרה, ווייל נאר אז מען רעדט צו זיי ווייסן זיי, אז מען רעדט נישט ווייסט מען נישט, און אז מען ווייסט נישט - פאלט מען אראפ אין עבירות רחמנא לצלן.


רעד נישט מער פון די ווערטער, כל המוסיף גורע, רעדן איבריג פעלט נישט אויס, נאר זאגן נאכאמאל און נאכאמאל "מען דארף זיין הייליג", "מען טאר נישט אנרירן און מען טאר נישט קוקן", און אויך רעדן צו זיי אז אויב חס וחלילה א צווייטער קומט און וויל מטמא זיין - זאל מען אנטלויפן און נישט מורא האבן צו דערציילן, און אז מען רעדט צו די קינדער מיט יראת שמים – פועל'ט עס, זיי וועלן זיך אכטונג געבן און זיין הייליג.


וויי פאר די עלטערן און מחנכים וואס רעדן נישט צו די קינדער פון קדושת הברית. דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט אנגעזאגט די מלמדים זיינע אז מען מוז רעדן צו די קינדער פון קדושת היסוד, און ווען איינער פון די רבנים האבן אריינגעפרעגט אז אפשר זאל מען נישט רעדן, אפשר וועט ארויס קומען פראבלעמען אז מען וועט רעדן? האט דער רבי געזאגט, קוקט אריין אין תנא דבי אליהו ווי אליהו הנביא דערציילט (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח), איך בין אמאל געווען אין א גרויסע שטאט, איך האב געטראפן א מלמד מיט צוויי הונדערט תלמידים, נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו דער שטאט און איך האב מער נישט געטראפן דעם מלמד, האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן, אזוי אויך זענען געשטארבן זיין ווייב און קינדער און אלע תלמידים, עס זענען איבערגעבליבן בלויז עטליכע יונגע תלמידים, איך האב אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען, פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה מיט די תלמידים זענען געשטארבן, איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געענטפערט: "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן?" האט מיר דער מלאך געזאגט איך זאל נישט וויינען, ווייל עס איז זיי זיך געקומען "שֶׁהֵן הָיוּ עוֹשִׂין דְּבָרִים מְכֹעָרִים וּדְבָרִים שֶׁאֵינָן רְאוּיִין, וּמְקוּלְקָלִין בְּעַצְמָם, וְהָיוּ מוֹצִיאִין שִׁכְבַת זֶרַע חִנָּם וְהֵן לֹא הָיוּ יוֹדְעִין בְּעַצְמָן שֶׁהַמִּיתָה מַשִּׂיגָתָן", זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן; האט דער רבי זכותו יגן עלינו אויסגעפירט, דא זעט מען אז די מלמדים מוזן רעדן צו די קינדער די הארבקייט פון פוגם זיין בברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - וועלכע סארט חברים דארף מען אפלאזן?
סיפורי צדיקים, חברים, לצנות, תמימות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א  טוט פאר מיר.


אמאל זעט מען אין די בריוו אז אויב מען האלט זיך נאנט מיט אביסל א שוואכערע חבר, זאל מען בלייבן זיין חבר, און פרובירן אים צו שטארקן; אבער צומאל זעט מען "לאז אים אפ, ער קען דיר נאך אינגאנצן אוועקנעמען דיין יראת שמים; ווי אזוי ווייס איך אויף למעשה וואס צו טון?


מיין חבר איז זויבער אין די נושא פון שלעכטע כלים, אבער אין אמונת חכמים, אמונת צדיקים, און אין אהבה צו אידישקייט, תורה און מצוות, דארף ער נאך אביסל חיזוק. ער וויל מיר אלס חבר ווייל ער דארף חברים, און געווענליך שמועסן מיר פון סתם זאכן, צומאל קומט עס אן צו רעדן פון די נושאים, אמאל הער איך זיך צו און איך שווייג, און צומאל ענטפער איך צוריק און איך ווייס אז עס פאדערט זיך פיל זהירות, צוליב זיין צעבראכנקייט.


איך וויל באמת זיין וואויל, און איך וויל אויך פאר אים זאל זיין דאס בעסטע, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מדריך זיין אין דעם.


א גרויסן יישר כח, פיל כוחות אויף ווייטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומט צו אמונת חכמים דארף מען זיך זייער אכטונג געבן נישט צו האבן מיט חברים וואס האבן ליצנות, ווייל פון אלעם קען מען זיך היילן, אויף אלעס איז דא א רפואה, אויסער אויף מאכן ליצנות פון צדיקים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:), דער וואס פארשעמט א צדיק איז נישטא קיין היילונג פאר אים; ווייל די היילונג ליגט ביי די צדיקים, די צדיקים שיינען אריין אין אונז א האפענונג מיר זאלן גלייבן אז מיר קענען זיך נאך צוריק קערן צום אייבערשטן, און זיי ווייזן אונז די וועג ווי אזוי צו לעבן, און ווען מען הערט ליצנות קען מען מער נישט מקבל זיין פון אים און מען קען זיך נישט היילן.


חברים לצים איז די גרעסטע צוריק האלט פון קומען צום צדיק, פון לעבן א זיסע לעבן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק סימן קלד): "הַלֵּיצָנוּת אֵינוֹ מַנִּיחַ אֶת הָאָדָם לֵילֵךְ לְצַּדִּיקִים", ליצנות האלט צוריק דעם מענטש פון גיין צום צדיק, און אז מען האט נישט דעם צדיק - קען מען נישט אויסגעהיילט ווערן, מען לעבט מיט יסורים. אזוי ווי די מעשה מיט די חכם און תם וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ט'), ווי דער תם האט געלעבט א זיסע האניגדיגע לעבן, און ווי דער חכם האט געהאט נאר יסורים.


זוך חברים וואס האבן תמימות. אזוי ווי דער רבי האט געטון ווען ער האט חתונה געהאט און געזוכט א גוטער חבר, ער האט נישט געקענט קיינעם דארט אין אוסיאטין, ביז ער האט געטראפן א קינד מיטן נאמען שמעון, דער רבי האט זיך געמאכט ווי ער וויל נישט זיין גוט, דער אינגל שמעון פון אוסיאטין האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, און ווען דער רבי האט געזען ווי ער מאכט זיך נישט וויסנדיג האט אים דער רבי געפרעגט: "דו ביסט נישט קיין מענטש? דו ווילסט נישט טון וואס אלע טוען?" רופט זיך אן שמעון: "איך בין א תם, איך האב ליב תמימות", דער רבי האט אויפגעלאכטן און געזאגט: "עס זעט אויס ווי מיר וועלן זיין נאנטע חברים". דער רבי האט אים גערופן אין א זייט און אים אויסגעזאגט דעם אמת, אז ער האט אים געוואלט אויספרובירן, זען אויב ער איז ערליך, ער האט אים דערציילט אז די אנדערע קינדער זענען זייער ווייט פונעם אייבערשטן, זיי זענען פוגם און טוען עבירות רחמנא לצלן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#76 - וואס טו איך ווען איך זע ווי מען צעשניידט קינדער?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פארגאנגענע וואך האב איך געזען אינעם תלמוד תורה וואו איך בין א מלמד, ווי קינדער פון כתה ב' קריגן זיך, כמעט די גאנצע קלאס האבן זיך גענומען אויף איין קינד און אים געשלאגן מכות רצח, איך בין צוגעגאנגען צו זיי, און דעמאלט זענען אלע אנטלאפן. איך בין געגאנגען רעדן מיט זייער מלמד און אים דערציילט וואס איך האב געזען, האט ער מיר געזאגט אז ער האט געזאגט פאר די קינדער אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו שלאגן יענעם קינד, ווייל ער שטערט אין קלאס.


איך בין געווארן שאקירט פון דעם ענטפער, איך בין אוועקגעגאנגען פון אים אינמיטן רעדן, און איך בין געגאנגען צום איש החינוך פון די תלמוד תורה און אים דערציילט די מעשה מיט'ן קינד און דער מלמד, האט ער מיר גלייך געפרעגט אויב עס איז דער און דער קינד, האב איך אים געזאגט אז יא, האט ער מיר געזאגט אז פאר דעם קינד קומט זיך צוויי פעטש, נישט קיין חילוק פון וועם, צי פונעם מלמד אדער פון די קינדער, האב איך אים געפרעגט פארוואס, זאגט ער מיר ווייל ער איז א קאכעדיגער צעווילדעוועטער קינד.


האב איך אים געפרעגט אויב איך קען אים פרעגן א קשיא, און דערנאך גיי איך גלייך ארויס פון זיין אפיס, איך האב איך געפרעגט אויב עס וואלט געווען זיין קינד וואס ער וואלט געטון, און איך בין טאקע ארויס.


איך האב זיך דורכגערעדט מיט נאך איינעם אין חדר, און יענער האט גערעדט מיט'ן מנהל דערוועגן, און דער מנהל האט מיר געפרעגט אויב איך וויל לערנען מיט דעם קינד פריוואט, און איך האב אים געזאגט אז איך וועל טראכטן וועגן דעם. וואס דארף איך טון?


איך שפיר ווי איך נעם די אחריות פון די גאנצע תלמוד תורה אויף מיר, איז דאס ריכטיג? עס שוואכט מיר אפ, וואס קען איך אבער טון אז קינדער ווערן ממש גע'הרג'ט אין תלמוד תורה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שרעק צו הערן וואס דו דערציילסט. איך דערמאן זיך ווען עס האט פאסירט די שרעקליכע אומגליק, ווען מען האט צעשניטן א טייער אומשולדיג אינגל אין בארא פארק, האט מוהרא"ש דעמאלט געגעבן א פייערדיגע הספד, מוהרא"ש האט דערציילט מעשיות ווי מען שלאגט קינדער און מען פארשעמט קינדער, מוהרא"ש האט געשריגן פון זיין הייליג הארץ אז די גזירה איז געקומען צוליב דאס וואס מען טוט מיט קינדער אין חדר, ווי מען שלאגט מיט מכות רצח און מען פארשעמט, איינע פון די מעשיות האט מוהרא"ש דערציילט, וואס א איד האט אים דערציילט, אַ מוֹרָא'דִיגֶע מַעֲשֶׂה וָואס עֶר הָאט אַלֵיין מִיטְגֶעהַאלְטְן. אֵיין נָאכְמִיטָאג גֵייט עֶר אוֹיפְן גַאס אוּן עֶר זֶעט וִוי אַ גְרוֹיסֶע גְרוּפֶּע קִינְדֶער, אַ דְרַייסִיג פֶערְצִיג קִינְדֶער, בַּאגְלֵייטְן אֵיין קִינְד אוּן זֵיי זִינְגֶען אוֹיף אִים: "דוּ בִּיזְט אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל! דוּ בִּיזְט אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל!". דֶער אִיד גֵייט צוּ צוּ זֵיי צוּ זֶען וָואס גֵייט פָאר, זֶעט עֶר וִוי דֶער אִינְגְל הָאט אָנְגֶעטוּן אַ קְרוֹין אוֹיפְן קָאפּ אוּן עֶס שְׁטֵייט דָארְט אוֹיפְגֶעשְׁרִיבְּן "אִיךְ בִּין אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל".


דֶער אִיד הָאט נִישְׁט גֶעקֶענְט אוֹיסְהַאלְטְן צוּ זֶען וִוי מֶען פַארְשֶׁעמְט אַזוֹי אַ קִינְד, עֶר הָאט פָארְגֶעהַאלְטְן דִי קִינְדֶער פַארְוָואס זֵיי טוּעֶן דָאס, הָאבְּן דִי קִינְדֶער זִיךְ פַארְעֶנְטְפֶערְט אַז זֵיי דַארְפְן דָאס טוּן וַוייל זֵייעֶר רֶבִּי הָאט זֵיי אַזוֹי גֶעהֵייסְן, דֶער מְלַמֵד הָאט גֶעהֵייסְן פַאר דִי קִינְדֶער אַז זֵיי דַארְפְן אַהֵיים בַּאגְלֵייטְן דֶעם קִינְד אוּן זִינְגֶען אוֹיף אִים דִי גַאנְצֶע וֶועג אַז עֶר אִיז אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל. דֶער אִיד הָאט אַרָאפְּגֶענוּמֶען דֶעם קְרוֹין פוּן קִינְד'ס קָאפּ אוּן עֶס אָנְגֶעטוּן אוֹיף זַיין אֵייגְן קָאפּ, אוּן גֶעזָאגְט פַאר דִי קִינְדֶער אַז זֵיי זָאלְן אִים אָנְהוֹיבְּן צוּ בַּאזִינְגֶען אַז עֶר אִיז אַ שְׁלֶעכְט אִינְגְל... דִי קִינְדֶער הָאבְּן זִיךְ גֶעשֶׁעמְט פוּן דֶעם עֶלְטֶערְן אִיד אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעוָואלְט אַוֶועקְלוֹיפְן, דֶער אִיד הָאט זֵיי אָבֶּער נִישְׁט גֶעלָאזְט, עֶר הָאט זֵיי גֶעהֵייסְן אַז זֵיי זָאלְן אִים נָאכְשְׁרֵייעֶן אַזוֹי וִוי זֵיי הָאבְּן נָאכְגֶעשְׁרִיגְן דֶעם אִינְגְל. אוּן וֶוען דִי קִינְדֶער הָאבְּן אִים גֶעזָאגְט אַז זֵיי וִוילְן אִים נִישְׁט פַארְשֶׁעמֶען, הָאט עֶר זֵיי שֵׁיין מַסְבִּיר גֶעוֶוען אַז אַ צְוֵוייטְן אִינְגְל טָאר מֶען אוֹיךְ נִישְׁט פַארְשֶׁעמֶען. אוּן דֶערְוַוייל הָאט דֶער אִיד אַרַיינְגֶעלֵייגְט דֶעם קְרוֹין בַּיי זִיךְ אִין טַאשׁ, אוּן הָאט גֶעפְרֶעגְט דִי קִינְדֶער אִין וֶועלְכֶע תַּלְמוּד תּוֹרָה זֵיי לֶערְנֶען.


דֶעם קוּמֶענְדִיגְן טָאג אִיז דֶער אִיד אַרִיבֶּערְגֶעגַאנְגֶען צוּ דֶעם תַּלְמוּד תּוֹרָה בַּיי מִיטָאג צַייט, וֶוען דִי מְלַמְדִים פַארְזַאמְלֶען זִיךְ אִינֶעם מְלַמְדִים-צִימֶער, דָארְט הָאט עֶר אַרוֹיסְגֶענוּמֶען דֶעם קְרוֹין פוּן טַאשׁ אוּן גֶעפְרֶעגְט דִי מְלַמְדִים וֶוער פוּן זֵיי הָאט גֶעמַאכְט דֶעם קְרוֹין. אֵיין מְלַמֵד אִיז רוֹיט גֶעוָוארְן אוּן זִיךְ אָנְגֶערוּפְן צוּ דֶעם אִיד אַז עֶר זָאל אַרוֹיסְקוּמֶען אִינְדְרוֹיסְן צוּ רֶעדְן מִיט אִים דֶערְוֶועגְן. דֶער אִיד הָאט אָבֶּער נִישְׁט מַסְכִּים גֶעוֶוען, עֶר הָאט דַוְקָא אִים גֶעוָואלְט פָארְהַאלְטְן אִין פָארְנְט פוּן אַלֶע מְלַמְדִים. דֶער מְלַמֵד הָאט זִיךְ גֶעבֶּעטְן בַּיי אִים: "זַייט מִיר נִישְׁט מְבַזֶה דָא בְּרַבִּים, קוּמְט אַרוֹיס אִינְדְרוֹיסְן אוּן אִיךְ וֶועל רֶעדְן מִיט אַייךְ", הָאט דֶער אִיד אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן אוֹיף אִים: "מֶען טָאר נִישְׁט מְבַזֶה זַיין אַ אִיד בְּרַבִּים?! אוּן דָאס הֵייסְן פַאר אַ גַאנְצֶע קְלַאס קִינְדֶער צוּ גֵיין נָאכְשְׁרֵייעֶן אוּן נָאכְזִינְגֶען אַ אִינְגְל אוּן אִים פַארְשֶׁעמֶען אוֹיפְן גַאס, דָאס אִיז נִישְׁט קַיין פְּרָאבְּלֶעם?! דָאס אִיז דֶער וֶועג וִוי אַזוֹי אַ מְלַמֵד דַארְף לֶערְנֶען מִיט קִינְדֶער?! דוּ וֶועסְט נִישְׁט אַזוֹי שְׁנֶעל פָּטוּר וֶוערְן פוּן מִיר!" אוּן דֶער אִיד הָאט טַאקֶע גֶעמַאכְט אַן אִיבֶּערְקֶערֶענִישׁ דָארְט אִין מוֹסָד, אַז אַזַא זַאךְ זָאל זִיךְ מֶער קֵיינְמָאל נִישְׁט אִיבֶּערְ'חַזְרְ'ן.


ווען מוהרא"ש האט געגעבן דעם הספד איז געווען א פחד אין שול, מען האט קוים געאטעמט, מוהרא"ש האט געשריגן: "יֶעצְט פְרֶעג אִיךְ אַייךְ, אִיז דָאס קִינְד נִישְׁט צֶעשְׁנִיטְן גֶעוָוארְן לֶעבֶּעדִיגֶערְהֵייט? אִיר וֵוייסְט אַז אַ קִינְד וָואס גֵייט דוּרְךְ אַזֶעלְכֶע בּוּשׁוֹת וֶוערְט גֶעשֶׁעדִיגְט אִין מֹחַ פַאר זַיין גַאנְץ לֶעבְּן?"


איינער פון די אינגעלייט, נישט קיין תלמיד, איינער וואס פלעגט קומען אויסהערן חיזוק - האט אריינגעפרעגט: "עס איז טאקע ממש אזוי געפערליך?" און מער האט נישט אויסגעפעלט, מוהרא"ש האט אנגעהויבן דערציילן נאך מעשיות און נאך מעשיות, און נאך יעדע מעשה האט מוהרא"ש זיך אויסגעדרייט צו יענעם גאסט און געפרעגט: "נו זאג מיר עס איז יא געפערליך אדער נישט געפערליך?"


נאך א מעשה האט מוהרא"ש דערציילט פון א אינגל אין חדר, מוהרא"ש האט געזאגט: דֶער טַאטֶע פוּן דֶעם אִינְגְל זִיצְט דָא יֶעצְט בַּיים שִׁיעוּר. דֶער אִינְגְל אִיז נֶעבֶּעךְ גֶעוָוארְן אַ יָתוֹם בַּיי דִי פִינְף יָאר, זַיין מַאמֶע אִיז נִפְטָר גֶעוָוארְן יוּנְגֶערְהֵייט. אֵיין טָאג הָאט מֶען גֶעגֶעבְּן צוּ עֶסְן אֵייעֶר אִין חֵדֶר פַאר מִיטָאג, דָאס קְלֵיין אִינְגְל הָאט שְׁטִילֶערְהֵייט אַרַיינְגֶעלֵייגְט עֶטְלִיכֶע אֵייעֶר אִין טַאשׁ, אוּן דֶער מְנַהֵל הָאט דָאס בַּאמֶערְקְט.


מֶער הָאט נִישְׁט אוֹיסְגֶעפֶעלְט, דֶער מְנַהֵל אִיז אַרַיין אִין אַ וִוילְדֶע כַּעַס אַז דֶער אִינְגְל הָאט גֶע'גַנְבְ'ט עֶטְלִיכֶע אֵייעֶר, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ שְׁלָאגְן דֶעם קִינְד מַכּוֹת רֶצַח, עֶר הָאט אַזוֹי גֶעפְרַאסְקֶעט אוּן גֶעשְׁלָאגְן, אַז דֶער מְלַמֵד פוּנֶעם אִינְגְל הָאט דָאס שׁוֹין מֶער נִישְׁט גֶעקֶענְט צוּקוּקְן, הָאט עֶר גֶענוּמֶען דָאס קִינְד אִין דִי זַייט אוּן אִים גֶעפְרֶעגְט פַארְוָואס עֶר הָאט גֶענוּמֶען דִי אֵייעֶר, הָאט דֶער אִינְגְל גֶעזָאגְט אַז עֶר הָאט זִיךְ גֶעשְׁפִּילְט מִיט דִי שְׁנֵיי אוֹיפְ'ן גַאס אוּן עֶר אִיז גֶעוָוארְן זֵייעֶר קַאלְט, דֶערִיבֶּער הָאט עֶר גֶעוָואלְט אַרַיינְלֵייגְן עֶטְלִיכֶע וַוארִימֶע אֵייעֶר אִין טַאשׁ זִיךְ אָנְצוּאוַוארִימֶען מִיט דֶעם, עֶר הָאט נָאכְדֶעם גֶעוָואלְט צוּרִיקְלֵייגְן דִי אֵייעֶר.


מוהרא"ש האט געפייערט און געשריגן: יֶעצְט לָאמִיר פַארְשְׁטֵיין וָואס אִיז גֶעוֶוען דִי גְרוֹיסֶע עֲבֵירָה פוּן דֶעם אִינְגְל אַז עֶר הָאט גֶעדַארְפְט כַאפְּן דֶערְפַאר אַזֶעלְכֶע גֶע'הַרְגְ'טֶע שְׁלֶעק. קוֹדֶם הָאט עֶר בִּכְלַל נִישְׁט גֶעוָואלְט גַנְבְ'עֶנֶען דִי אֵייעֶר, עֶר הָאט זִיךְ נָאר גֶעוָואלְט אָנְוַוארִימֶען דֶערְמִיט פַאר עֶטְלִיכֶע מִינוּט, וָואלְט וֶוען דֶער מְנַהֵל אִים גֶעדַארְפְט קוֹדֶם פְרֶעגְן פַארְוָואס עֶר הָאט דָאס גֶעטוּן, אוּן דַאן וָואלְט עֶס שׁוֹין גֶעוֶוען אַן אַנְדֶערֶע מַעֲשֶׂה אִינְגַאנְצְן. צְוֵוייטְנְס, אֲפִילוּ לָאמִיר זָאגְן אַז עֶר הָאט יָא גֶעוָואלְט גַנְבְ'עֶנֶען דִי אֵייעֶר, קוּמְט זִיךְ אִים פַאר דֶעם מַכּוֹת רֶצַח? לֶערְן אִים אוֹיס אוּן זָאג אִים אַז עֶר זָאל דָאס נִישְׁט טוּן נָאכְאַמָאל. אוּן דְרִיטְנְס, אֲפִילוּ אוֹיבּ דֶער מְנַהֵל הַאלְט יָא אַז עֶס קוּמְט זִיךְ אַ שְׁטְרָאף פַאר דֶעם אִינְגְל, אִיז דָאךְ דָא גֶענוּג נָארְמַאלֶע שְׁטְרָאפְן אִים צוּ גֶעבְּן, עֶר קֶען אִים זָאגְן אַז מָארְגְן וֶועט עֶר נִישְׁט קֶענֶען אַרוֹיסְגֵיין שְׁפִּילְן בַּיי מִיטָאג, אָדֶער עֶפֶּעס עֶנְלִיךְ; עֶס קוּמְט זִיךְ זִיכֶער נִישְׁט קַיין שְׁרֶעקְלִיכֶע שְׁלֶעק פַאר אַ קְלֵיין אִינְגְל וָואס הָאט גֶע'גַנְבְ'ט אַפָּאר אֵייעֶר.


מוהרא"ש האט זיך אויסגעדרייט צו דעם גאסט און געפרעגט: "ווילסט הערן נאך א מעשה?" דער עולם איז געזיצן געפרוירן, מען האט זיך נישט גערירט, אלע האבן געוויינט שטילערהייט, מוהרא"ש דערציילט: אַן עֶנְלִיכֶע מַעֲשֶׂה הָאט אִיךְ גֶעהֶערְט פוּן אַ מְלַמֵד פוּן אַן אַנְדֶערֶע תַּלְמוּד תּוֹרָה. דֶערְצֵיילְט עֶר מִיר אַז אֵיין טָאג בַּיי מִיטָאג אִיז גֶעוֶוען דָארְט אַ מְלַמֵד וָואס הָאט גֶעפֶערְלִיךְ גֶעשְׁלָאגְן אַ קִינְד, מַמָשׁ גֶע'הַרְגְ'טֶע קְלֶעפּ פַאר אַ קְלֵיין אִינְגְל. דִי אִיבְּרִיגֶע מְלַמְדִים זֶענֶען גֶעקוּמֶען צוּ לוֹיפְן צוּ זֶען וָואס עֶס הָאט פַּאסִירְט, זָאגְט יֶענֶער מְלַמֵד אַז אַזוֹי וִוי דָארְט אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין הַאנְטוּכֶער אָפְּצוּאוִוישְׁן דִי הֶענְט, נָאר עֶס אִיז גֶעוֶוען דָארְט אַ בְּלָאזֶער וָואס בְּלָאזְט אַרוֹיס הֵייסֶע לוּפְט אוּן מִיט דֶעם טְרוּקְנְט מֶען זִיךְ אָפּ דִי הֶענְט, אִיז גֶעגַאנְגֶען דֶער אִינְגְל אוּן עֶר הָאט גֶעוָואלְט אַרַיינְשְׁטוּפְּן אַן אֵיי אִין דִי מַאשִׁין, אוּן אַזוֹי צֶעבְּרֶעכְן דִי מַאשִׁין, אוּן דֶערִיבֶּער קוּמְט זִיךְ אִים גוּטֶע פֶּעטְשׁ.


יֶעצְט אִיז וִוידֶער דִי זֶעלְבֶּע מַעֲשֶׂה, קוֹדֶם פְרֶעג דֶעם קִינְד וָואס עֶר הָאט גֶעוָואלְט טוּן אוּן פַארְוָואס עֶר הָאט דָאס גֶעטוּן, אֵיידֶער דוּ מַאכְסְט אָפּ אַז עֶר הָאט זִיכֶער בְּמֵזִיד גֶעוָואלְט צֶעבְּרֶעכְן דִי מַאשִׁין. דֶערְנָאךְ קוּק טַאקֶע אוֹיבּ דֶער מַאשִׁין אִיז צֶעבְּרָאכְן גֶעוָוארְן. אוּן אֲפִילוּ אוֹיבּ עֶר הָאט טַאקֶע בְּמֵזִיד צֶעבְּרָאכְן דִי מַאשִׁין, אִיז עֶר אוֹיךְ נִישְׁט מְחוּיָב מִיתָה פַאר דֶעם, רֶעד מִיט אִים אוּן לֶערְן אִים אוֹיס אַז מֶען טָאר דָאס נִישְׁט טוּן, אוּן גֵיי בֶּעט פוּן זַיין טַאטְן צוּ בַּאצָאלְן דִי שָׁאדְן.


דֶערְוַוייל גֶעבְּט מֶען אַ קוּק אוֹיפְן מַאשִׁין אוּן מֶען זֶעט אַז עֶס בִּכְלַל נִישְׁט צֶעבְּרָאכְן, דָאס קִינְד שְׁטֵייט אִין דִי זַייט אוּן וֵויינְט בְּכִיוֹת נוֹרָאוֹת פוּן יִסוּרִים, אוּן וֶוען מֶען פְרֶעגְט אִים וָואס עֶר הָאט גֶעטוּן, זָאגְט עֶר אַז זַיין אֵיי אִיז פָּשׁוּט אַרָאפְּגֶעפַאלְן אוֹיף דֶער עֶרְד, אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען עֶס אָפְּוַואשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ הָאט עֶר עֶס גֶעוָואלְט אוֹיסְטְרוּקֶענֶען בַּיי דֶעם מַאשִׁין. עֶס הָאט זִיךְ אַרוֹיסְגֶעשְׁטֶעלְט אַז דֶער אִינְגְל הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעטוּן, אוּן נִישְׁט גֶעוָואלְט טוּן, קַיין שׁוּם עַוְלָה.


דָאס קִינְד וֶועט אָבֶּער קֵיינְמָאל נִישְׁט פַארְגֶעסְן דִי מַעֲשֶׂה, עֶר וֶועט אֵייבִּיג גֶעדֶענְקֶען דִי שְׁלֶעק וָואס עֶר הָאט גֶעכַאפְּט פַאר אוּמְזִיסְט. דֶער אִינְגְל הָאט נִישְׁט צֶעבְּרָאכְן דֶעם מַאשִׁין, דֶער מְלַמֵד הָאט אָבֶּער יָא צֶעבְּרָאכְן דִי נֶפֶשׁ פוּן דֶעם קִינְד אוּן אִים גֶעמַאכְט פַאר אַ בַּעַל מוּם אוֹיף זַיין גַאנְץ לֶעבְּן.


האסט מיך אזוי צעשוידערט מיט דיין בריוו; ווי קען זיין היינט שנת תשפ"ה, ווען אלע זאגן אז מען שלאגט שוין נישט, היינט זאל א מלמד ענטפערן ווען מען קומט אים זאגן אז די גאנצע כיתה שלאגט א קינד זיך אויסלאכן און זאגן עס קומט אים?! איך וויין, איך דערמאן זיך ווי מוהרא"ש געבט די הספד, מוהרא"ש פרעגט יענעם: "ווילסט הערן נאך א מעשה?" יענער האט שוין נישט געענטפערט, יענער איז שוין געזיצן פארוויינט, מוהרא"ש זאגט: אַן אַנְדֶער אִינְגְל אִיז גֶעוֶוען נֶעבֶּעךְ אַ יָתוֹם פוּן זַיין מַאמֶע, זַיין טַאטֶע הָאט גֶעדַארְפְט שְׁוֶוער אַרְבֶּעטְן צוּ בְּרֶענְגֶען פַּרְנָסָה, שׁוֹין גָאר פְרִי הָאט עֶר גֶעדַארְפְט אַרוֹיסְלוֹיפְן פוּן הוֹיז צוּ דִי אַרְבֶּעט, הָאט עֶר גֶעבֶּעטְן פוּנֶעם גְרֶעסְטְן אִינְגְל אַז עֶר זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף דִי קְלֶענֶערֶע קִינְדֶער, עֶר זָאל זֵיי אָנְטוּן אוּן זֵיי שִׁיקְן אִין חֵדֶר אוּן אִין שׁוּלֶע. פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז דָאס אִיז נִישְׁט קַיין גְרִינְגֶע אַרְבֶּעט אֲפִילוּ פַאר עֶלְטֶערְן אוּן זִיכֶער פַאר אַ קִינְד, אוּן בִּיז עֶר הָאט אַלֶעס גֶעעֶנְדִיגְט אִיז גֶעוָוארְן שְׁפֶּעט, אוּן עֶר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אַ שָׁעָה שְׁפֶּעט אִין חֵדֶר.


וֶוען עֶר קוּמְט אַרַיין אִין קְלַאס, אִיז דֶער מְלַמֵד אִים מְקַבֵּל פָּנִים מִיט פֶּעטְשׁ אוּן פְרֶעסְק, אוּן שְׁרֵייט אוֹיף אִים: "פַארְוָואס בִּיזְטוּ גֶעקוּמֶען אַזוֹי שְׁפֶּעט?" דֶער אִינְגְל וֵויינְט נֶעבֶּעךְ, עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אַז עֶר אִיז נִישְׁט שׁוּלְדִיג, עֶר הָאט נֶעבֶּעךְ נִישְׁט קַיין מַאמֶע, אוּן עֶר דַארְף טוּן דִי אַרְבֶּעט פוּן אַ מַאמֶע יֶעדְן אִינְדֶערְפְרִי. אוּן דֶער מְלַמֵד שְׁרֵייט וַוייטֶער: "מָארְגְן זָאלְסְטוּ זִיכֶער מַאכְן צוּ זַיין צַייטְלִיךְ אִין חֵדֶר, וַוייל אוֹיבּ נִישְׁט וֶועסְטוּ עֶרְשְׁט כַאפְּן פוּן מַיין שְׁטֶעקְן!"


פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז צוּמָארְגְנְס הָאט דֶער אִינְגְל וַוייטֶער נִישְׁט גֶעקֶענְט קוּמֶען צַייטְלִיךְ, אוּן עֶר הָאט מוֹרָא גֶעהַאט צוּ זָאגְן אַ וָוארְט פַארְן מְלַמֵד, אוּן אַזוֹי הָאט עֶר גֶעכַאפְּט אוּן גֶעכַאפְּט אָן אוֹיפְהֶער. הֵייסְט דָאס דֶען נִישְׁט צֶעשְׁנִיטְן אַ קִינְד?! קוֹדֶם פְרֶעג זִיךְ נָאךְ אוּן וֶוער גֶעוואוֹיר וָואס דִי מַעֲשֶׂה אִיז, אֶפְשָׁר אִיז דָאס קִינְד בִּכְלַל נִישְׁט שׁוּלְדִיג?


איך בעט דיך זייער זאלסט ווייטער בלייבן אין די חדר, און אז דו זעסט ווי מען צעשניידט קינדער - זאלסטו זיך אננעמען פאר די קינדער, זאלסט נישט מורא האבן - צו זאגן דעם אמת - פון קיינעם.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#75 - פארוואס הערט מיין קינד אין חדר וועגן מלחמות?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, חדר, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ענגליש טיטשער פון מיין זון אין כתה ו' איז נישט אזוי חסידיש, ער לערנט פאר זאכן פאר די קינדער וואס שטערט מיר זייער שטארק. צום ביישפיל לערנט זיך יעצט דער טיטשער צו ווערן א שומרים מעמבער, און ער לערנט אויס די קינדער וואך נאך וואך וואס מען דארף טון ווען מען דארף זיך שלאגן, ער לערנט זיי אויס נישט אזעלכע איידעלע תנועות, און עס רייסט מיר די הארץ.


אויך דערציילט ער זיי מעשיות פון מלחמות פון ענגלאנד מיט אמעריקע און טשיינע, און אזוי ווייטער, ממש ווי אזוי די סאלדאטן זיצן צו אויסטרעפן די קאודס פון אנדערע לענדער. מיין זון קומט אהיים אסאך מאל און ער זאגט אז ער האט מורא פון די מעשיות. עס ציפט מיר זייער שטארק די גאנצע צייט וואס ער איז ביי דעם ענגליש טיטשער.


איך האב שוין עטליכע מאל גערעדט צו די הנהלה, מען זאגט מיר צו א גאנצן צייט אז עס גייט שוין זיין בעסער, און גארנישט. איך ווייס נישט וואס צו טון, מיין זון איז זייער אן איידל קינד, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אויסגראדן מיין מח איבער דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיינע קינדער קומען אהיים און דערציילן פון פאליציי און מלחמות וכו' - זאלסטו זיי אויסהערן, ווער נישט דערשראקן פון דעם. בדרך כלל זענען קינדער זייער אינטערעסירט אין די זאכן פון מלחמות, פון פאליציי וכו'; מיט חכמה קענסטו כאפן זייערע הערצער דורך זיי דערציילן מעשיות פון נ"ך פון די מלחמות ביי די אידישע קעניגן, די מעשיות פון דוד המלך מיט די פלשתים, מיט גלית; דאס איז דאך איין שטיק יראת שמים, איין שטיק מוסר. דער רבי האט געזאגט אז נ"ך איז זיין מוסר ספר.


דערצייל דיינע קינדער מעשיות פון צדיקים, ווייל ווען עס איז טונקל איז דא איין וועג ווי אזוי אוועק צו נעמען די טונקלקייט, דורך אנצינדן ליכטעלעך; ווי מער ליכט מען צינדט אן - אלץ מער ליכטיג ווערט, ביז מען ווייסט נישט וואו די טונקלקייט איז. אזוי איז מיט קדושה און טומאה, ווי מער מען רעדט צו די קינדער פון אמונה און ווי מער מען דערציילט זיי מעשיות פון צדיקים - טרייבט מען אוועק די ליצנות און די נארישקייטן.


זיי פרייליך, טאנץ מיט דיינע קינדער, מאך זיי פרייליך, מאך זיך נאריש, ביז דו וועסט טאקע ווערן פרייליך, וועלן זיי וואקסן הייליג.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#74 - וואס זענען די הלכות אינעם טאג וואס מ'ווערט דריי יאר?
הלכה, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, מנהגים, אפשערן, חאלאקע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין שאלה איז צוטיילט אין צוויי. מיין זון ווערט דריי יאר אי"ה אום ערב ל"ג בעומר, היות עס גייט זיין אביסל שווער צו פארן קיין מירון אינעם טאג וואס מען פירט אים און חדר, וויל איך פרעגן אויב מען קען מאכן די חדר פירן אין אן אנדערע טאג?


אויך וויל איך פרעגן וואס זענען די הלכות און מנהגים אינעם טאג וואס ער ווערט דריי יאר, און אויך אינעם טאג פון זיין חדר פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא אויף דעם הלכות, אלעס איז מנהגים. דער מנהג איז, אפהיטן דעם קינד ער זאל נישט קוקן קיין שלעכטס, נישט קוקן אויף גוים, און דער עיקר איז דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען איז זוכה צו מאכן פאר די קינד די הייליגע פיאות. מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה תפילה והתבודדות, מיר זאלן רעדן, שמועסן און בעטן דעם אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א טאטע און צו א גוטער פריינד; זאלסטו און דיין ווייב יעדן טאג אוועק לייגן אפאר מינוט צו בעטן פאר די קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג. מוהרא"ש דערציילט, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - ווי אזוי בענקט מען אמת'דיג צו די גאולה שלימה?
סיפורי צדיקים, מחלוקת, תפילה והתבודדות, אמונה, שלום, טערעפי, משיח, מלחמה, נקודות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה וואס איך וויל פארשטיין. איידער איך בין געקומען קיין ברלסב האב איך געהאט זייער א שטארקע בענקעניש צו משיח, איך פלעג קענען וויינען זייער גרינג, און האפן און בענקען, עס וואונדערט מיר אז דא אין ברסלב הער איך קיינמאל נישט דערפון.


עס איז מיר געווען א וואונדער און א קשיא אז אפילו תשעה באב, ווען איך האב געטראכט אז דאן וועל איך עס הערן, האב איך נאר געהערט אז מען וויינט אויף די אייגענע בית המקדש, אויף די שכל וואס איז חרוב און ווייט פון אייבערשטן, עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט.


דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז די מגילת איכה טייטשט מען אויס אויף זיך, ווי אזוי איך בין אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, אז דאס איז די גלות; וואס איז אבער מיט פשוט בענקעניש צו די גאולה, אזוי ווי מיר האבן געוואוסט אלע יארן? פשוט אני מאמין, אם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא?


אוודאי איז גאולה און משיח צו וויסן און צו רעדן צום אייבערשטן, און דאס וועלן אלע דעמאלט טון, אבער אלע ערליכע אידן האבן דאך אלע יארן געבענקט?


איך ווייס אז דוקא ברלסב'ע חסדים זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, אבער איך הער קיינמאל נישט אין די דרשות און שיעורים די סארט שפראך און בענקעניש וואס איך בין צוגעוואוינט. צומאל דאכט זיך מיר אז אין ברסלב איז מען שוין בעצם אויסגעלייזט, וואס האט א שטיקל אמת, אבער דאך ווארטן מיר דאך אויף והשב כהנים לעבודתם ולויים לשירם ולזמרם.


אפשר קען מיר עס דער ראש ישיבה שליט"א מסביר זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי נאך אין די וועלט וואו אין ברסלב רעדט מען אזויפיל פון די לימודים וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט? אלע דיבורים וואס מען רעדט ביים רבי'ן איז פון די לימודים וואס משיח וועט אויסלערנען פאר אלע אידן.


ערשטנס, די לימוד פון תפילה והתבודדות, וואס עס איז נישט געווען איין שמועס ביים רבי'ן וואס דער רבי זאל נישט רעדן פון תפילה והתבודדות, יעדע איינציגסטע שמועס ביים רבי'ן איז צו שטארקן מען זאל רעדן צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן. וואס דאס איז די גאנצע זאך פון משיח, דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעזאגט די סוד פון משיח, וואס וועט זיין משיח'ס סוד? משיח וועט איינעמען די וועלט מיט תפילה. אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'", דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט אייננעמען - וועט זיין נאר דורך תפילה; משיח צדקינו וועט אריינברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט, אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים. מען וועט רעדן צום אייבערשטן - יעדער איינער וואס ער דארף, און דאס לערנט אונז דער רבי מיט זיינע תלמידים, מען זאל זיך ווענדן צום אייבערשטן און אים דערציילן אלע צרות און יסורים.


מענטשן גייען ארום מיט אזויפיל צרות און יסורים, ארעמקייט און עגמת נפש, זיי האבן נישט צו וועם צו רעדן, וועם צו דערציילן זייער פיין, זיי זוכן איינעם וואס זאל זיי פארשטיין. עס זענען דא מענטשן וואס באצאלן שווערע געלטער פאר א פסיכיאטער, א ספעציאליסט זאל זיי אויסהערן, ער הערט זיי אויס א האלבע שעה, א שעה... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש אגדה), א מענטש זוכט א וועג ווי ער קען אנקומען צום קעניג אויסגיסן זיין הארץ, דער קעניג איז דאך פארנומען ביז איבערן קאפ, ענדליך געבט מען אים א צייט ווען ער קען אנקומען צום קעניג, אין א יאר ארום.


דער מענטש ווערט פרייליך, ער גייט שוין ענדליך קענען אנקומען צום קעניג רעדן. ער גרייט זיך, ער קויפט זיך נייע קליידער, ער קויפט זיך נייע שיך, א נייע הוט, ער גרייט זיך צו קענען אנקומען צום קעניג, און ווען עס קומט אן די צייט לאזט מען אים וויסן פון פאלאץ דער קעניג שפירט זיך נישט גוט, מען קען נישט אריינגיין צום קעניג...


ער וויינט, וואס הייסט? איך גרייט זיך שוין אזוי לאנג אויף דעם? ביז מען געבט אים צו פארשטיין אז דער קעניג איז קראנק, מען קען נישט קומען, זאגן די הייליגע חכמים, און לאמיר שוין זאגן ער קען יא אריינגיין צום קעניג, ווער זאגט אים אז דער קעניג וועט אים אויסהערן, אפשר וועט ער אים פארטרייבן מיט בזיונות, און לאמיר שוין זאגן אז דער קעניג וועט אים יא אויסהערן, ווער זאגט דיר ער וועט טון דיין ווילן, וואס פאסירט? גייט ער ארויס פון קעניג'ס פאלאץ אנגעפאטשט און פארזויערט, אבער ביים אייבערשטן איז נישט אזוי, ביים אייבערשטן שטייט (דברים ד, ז): "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל", ווי נאך איז דא א פאלק אזוי ווי אידישע קינדער, "אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו", וואס האבן דעם אייבערשטן וואס הערט אויס אלעס וואס מען בעט, און דא ביים רבינ'ס חדר זענען אלע דיבורים נאכאמאל און נאכאמאל מחזק זיין דעם מענטש מיט משיח'ס געווער, מיט די נאז פון משיח, דער רבי זאגט דאס איז די אטעם פון משיח, תפילה והתבודדות.


וואו געפינט זיך משיח'ס גארטל? דער נביא זאגט אונז (ישעי' א, ה): "וְהָיָה צֶדֶק אֵזוֹר מָתְנָיו וֶאֱמוּנָה אֵזוֹר חֲלָצָיו", משיח וועט האבן א גארטל פון אמונה און גערעכטיקייט, עס וועט זיין אזא גלוי אלוקות מען וועט אזוי שפירן דעם אייבערשטן, אז קיינער וועט זיך מער נישט קריגן. מוהרא"ש זאגט, אלע רעדן פון משיח אבער מען דארף אים לאזן קומען, מוהרא"ש זאגט, מיר וואלטן שוין געקענט זוכה זיין פון לאנג משיח זאל קומען אבער דאס וואס פאסירט לעצטנס, ווי מען בייסט זיך איינער דעם צווייטן, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט איינער דעם אנדערן - דאס איז מונע משיח פון קענען קומען.


מוהרא"ש זאגט, נישט לאנג צוריק, ביים צווייטן וועלט מלחמה, ווען די עמלקים האבן געוואלט פארטיליגן אלע אידן האבן זיי נישט געמאכט קיין אונטרעשייד פון אזא חסיד צי אזא חסיד, פון אזא קהלה צי אזא קהלה און פון די שבט און די שבט, זיי האבן גענומען אלע אידן און גע'הרג'עט מיט מיתות משונות, מיתות אכזריות, און דעמאלט - זאגט מוהרא"ש - האט קיינער נישט געקענט חלומ'ן אז ווען דער אייבערשטער וועט אונז ראטעווען וועט נאכאמאל פאסירן אז עס וועט ווערן צעטיילט און צעשפליטערט מיט פיינטשאפט איינער צום צווייטן, און געלויבט דעם אייבערשטן אלע דיבורים אין היכל הקודש איז נאר פון דעם, מען זאל ליב האבן איינער דעם צווייטן, מען זאל זיך העלפן איינער דעם צווייטן, מען זאל זוכן דאס גוטס ביי יעדן איינעם, איז ווי איז שייך צו זאגן אז מען רעדט נישט פון משיח?!


ווען משיח וועט קומען וועלן אפילו די פעלקער זיך מער נישט קריגן, עס וועט מקוים ווערן וואס שטייט (ישעי' ב, ד): "וְשָׁפַט בֵּין הַגּוֹיִם", דער מלך המשיח וועט משפט'ן די פעלקער, "וְהוֹכִיחַ לְעַמִּים רַבִּים", און ער וועט אויפווייזן דעם אמת פאר אלע פעלקער, עס וועט זיין אזא גלוי אלוקות, מען וועט זיך אויפהערן קריגן איין לאנד מיטן צווייטן; היינט זעט מען ווי לענדער שחט'ן זיך אויס איינער דעם צווייטן צוליב אפאר סענטימעטער וואס דער האט צוגענומען פון דעם, און דער טענה'ט אז דאס איז זייער'ס, דעמאלט וועט מען נישט דארפן מער קיין געווער, "וְכִתְּתוּ חַרְבוֹתָם לְאִתִּים", אלע וועלן צעשטויסן זייערע שווערדן צו מאכן פון דעם אקער אייזנס, "וַחֲנִיתוֹתֵיהֶם לְמַזְמֵרוֹת", און פון זייערע שפיזן וועלן זיי מאכן מעסערס, "לֹא יִשָּׂא גוֹי אֶל גּוֹי חֶרֶב", איין פאלק וועט מער נישט אויפהייבן א שווערד אויף א צווייטע פאלק, "וְלֹא יִלְמְדוּ עוֹד מִלְחָמָה", מען וועט מער נישט לערנען ווי אזוי מען האלט מלחמה, עס וועט זיין אזא שכל אויף די וועלט אז אלעס איז אייבערשטער, איז וואס דארף מען זיך קריגן...


ביי וועלכע רבי געפינט זיך יעצט די בעקיטשע פון משיח? מוהרא"ש ברענגט (אשר בנחל חלק ד', מכתב תקמז), משיח וועט זיין אנגעטון מיט א קלייד וואס וועט האבן אין זיך אלע גוטע זאכן פון אידישע קינדער, יעדער איד וועט קענען טרעפן דארט זיין נקודה טובה, און אזוי וועט מען ווערן אויסגעלייזט (פסיקתא דרב כהנא, כב), און מוהרנ"ת האט געזאגט (לקוטי הלכות השכמת הבוקר א, ח), אז מיט די תורה פון אזמרה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב), מיט די לימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז אנטפלעקט מיר זאלן קוקן גוט אויף יעדן איד, מיר זאלן זוכן א גוטע זאך אין יעדן איינעם, און בעיקר אין זיך אליין, מען זאל נישט ארום גיין צעבראכן - מיט דעם וועט משיח אייננעמען די וועלט; איז ווי איז שייך צו זאגן אז אין ברסלב רעדט מען נישט פון משיח? נישטא קיין שמועס ווי מען זאל נישט רעדן פון משיח'ס לימודים.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - ווי אזוי פארגעסט מען טשעפערייען?
סיפורי צדיקים, אמונה, מדות טובות, בין אדם לחבירו, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט אן עצה צו שנעל פארגעסן ווען איינער געבט מיר א טשעפע בשוגג אדער במזיד, און נישט יעדע מאל ווען איך זע יענעם זאל איך נאכמאל געדענקען וואס יענער האט מיך געטשעפעט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו ליינסט קריאת שמע שעל המיטה זאלסטו זאגן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֲרֵינִי מוֹחֵל לְכָל מִי שֶׁהִכְעִיס וְהִקְנִיט אוֹתִי אוֹ שֶׁחָטָא כְּנֶגְדִּי, בֵּין בְּגוּפִי בֵּין בְּמָמוֹנִי בֵּין בִּכְבוֹדִי בֵּין בְּכָל אֲשֶׁר לִי, בֵּין בְּאוֹנֶס בֵּין בְּרָצוֹן, בֵּין בְּשׁוֹגֵג בֵּין בְּמֵזִיד, בֵּין בְּדִבּוּר בֵּין בְּמַעֲשֶׂה".


דער מקור פון דעם איז פון הייליגן זוהר (פרשת מקץ, דף רא:), וואו עס ווערט דערציילט, דער הייליגער תנא רבי אבא איז אמאל געזיצן ביים אריינגאנג פון די שטאט לוד, ער האט געזען איינעם אנקומען זייער אפגעמאטערט, דער איד האט זיך אראפגעזעצט זיך אפצורוען און ער האט איינגעדרימלט. ווען דער איד איז דארט געשלאפן באמערקט רבי אבא ווי א שלאנג קריכט צום מענטש און איידער דער שלאנג האט געקענט אנקומען צום מענטש איז אראפגעפאלן א צווייג אויף אים און אזוי איז די שלאנג גע'הרג'עט געווארן, און ווען דער איד האט זיך אויפגעוועקט און געזען די טויטע שלאנג האט זיך דער איד אויפגעשטעלט און זיך אוועק געריקט פון זיין פלאץ וואו ער איז געשלאפן און פינקט א סעקונדע דערויף איז אראפגעפאלן די גאנצע שטיקל ערד וואו דער איד איז פריער דארט געשלאפן.


רבי אבא האט דא געזען אז דער איד איז צוויי מאל געראטעוועט געווארן פון א זיכערע טויט, איז רבי אבא צוגעגאנגען צו דעם איד און אים געפרעגט: זאגט מיר, ווער זענט איר און וואס זענען אייערע מעשים אז דער אייבערשטער האט מיט אייך געטון צוויי גרויסע נסים?" זאגט דער איד: "נישטא קיין מענטש אויף די וועלט וואס האט מיר געטון עפעס שלעכט וואס איך זאל אים נישט מוחל זיין און אים איבערבעטן, און אויב בין איך נישט מצליח צו טרעפן דעם מענטש וואס האט מיר געטון שלעכטס, בין איך נישט אריין אין בעט שלאפן ביינאכט איידער איך האב אים מוחל געווען", האט רבי אבא געוויינט און געזאגט: "יעצט זע איך אז דו ביסט ווערד אז דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר נסים".


חזר זיך אמונה, חזר זיך די ווערטער: 'עס איז נישט דער, עס איז נישט יענער, דאס וואס איך בין אריבער איז פאר מיין טובה, און אז עס טוט וויי איז דאס אויך פאר מיין טובה', און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט ליב האבן יעדן איינעם און קענען יעדן איינעם מוחל זיין.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#71 - ווי אזוי קען איך געראטעוועט ווערן פון א שווערע נסיון?
סיפורי צדיקים, קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז צום ערשט דאנקען דעם אייבערשטן און דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א, אז איך בין זוכה שוין א לאנגע צייט צו הערן די הערליכע טייערע שיעורים וואס זענען מיר ממש מחי' נפשות. לעצטנס האב איך געהאט א שטיק צייט וואס איך האב נישט געהערט די שיעורים, און איך האב עס זייער שטארק געשפירט, איך האב נישט געהאט קיין ישוב הדעת, און איך האב צוריק אנגעהויבן הערן די שיעורים, און איך האב אביסל צוריק באקומען די ישוב הדעת.


איך וויל זיך אויסשמועסן מיין הארץ, און בעטן אן עצה און חיזוק. איך בין ברוך ה' א אינגערמאן, חתונה געהאט מיט קינדערלעך בלי עין הרע, איך הייס א חשובער אינגערמאן, איך לערן און איך דאווענען און איך בין א ראש החבורה, אבער ליידער האב איך א גרויסער יצר הרע צו קוקן אויף פרויען, איך האב כסדר שלעכטע מחשבות, און דאס טוט מיר זייער וויי, ווייל איך וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, אבער עס גייט מיר פשוט נישט, איך קען זיך נישט שטארקן אויפ'ן יצר הרע.


ספעציעל האב איך א שטארקע נסיון אויף א געוויסע מיידל וואס וואוינט אין מיין געגנט, עס ציעט מיר זייער שטארק צו איר, און כאטש וואס איך ווייס קלאר אז זי וויל מיר נישט האבן, אזוי ווי איך האב שוין געזען עטליכע מאל, קען איך אבער נישט מסיח דעת זיין פון איר, און איך בין ממש קראנק אויף דעם. ווען נישט וואס איך ווייס אז עס איז דא פאליציי, וואלט איך שוין לאנג דורכגעפאלן רחמנא ליצלן, איך ווייס אז אויב וועל איך זיך דערוואגן עפעס צו טון וועט זי גלייך רופן פאליציי און איך וועל זיך טרעפן אונטער שלאס און ריגל, און דאס האלט מיר צוריק, אבער אין מיין מח טראכט איך כסדר פון איר, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך מוז צולייגן אז איך לערן שיעורים כסדרן, איך האב א שיעור אין משניות א פרק א טאג, איך האב א שיעור אין גמרא, חומש, תהלים, און איך בין זיך מתבודד אביסל יעדן טאג אויף דעם, אבער עס זעט אויס אז אויף די זאך איז נישטא קיין עצה, קיין שום זאך העלפן נישט.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט עפעס א ספעציעלע עצה פאר מיר, איך דארף אבער חיזוק אויף דעם, איך שפיר אז איך האלט עס נישט אויס, און איך האב מורא אז איך וועל אריינפאלן אין א יאוש און דעמאלט וועט מיר זיין זייער ביטער. איך וועל זיך פרייען אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעבעך נעבעך, עס איז ביי דיר מקוים געווארן די קללה פון די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", מוהרא"ש זאגט דאס מיינט מען ווען מען ווערט משוגע פון זיך נישט היטן די אויגן; זאג דו אליין, איז דאס נישט קיין שגעון? האסט א ווייב מיט קינדער און דו האסט נישט וואס צו טון ווי זיך פייניגן מיט טראכטן פון עבירות, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות, ווייל דער מענטש ברענגט זיך צו טון עבירות, און ווי רש"י זאגט: טראכטן פון פרויען, "קשים להכחיש את בשרו יותר מגופו של מעשה", עס איז אזוי געפערליך, עס מאכט אלט און שוואך, עס הרג'עט דעם מענטש.


איין עצה איז דא פאר דיר, זאלסט יעדן טאג גיין התבודדות און וויינען און שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, דער יצר הרע פלאקערט אין מיר, ער איז מיך מכשיל מיט קוקן אויף פרויען, און יעצט האב איך א שרעקליכע צרה, איך פייניג זיך מיט דמיונות פון טון עבירות מיט (זאג ארויס פארן אייבערשטן אלעס). הייליגער באשעפער, איך ווער פארברענט, ראטעווע מיך, איך זאל זיך פון היינט און וויטער היטן מיינע אויגן".


אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ביז מען וועט אויף דיר רחמנות האבן, און אויך זאלסטו בעטן אויף שמחה און טון אלעס צו זיין פרייליך, ווייל די עבירה פון ניאוף איז זיך מתגבר אויף בעלי מרה שחורה, און שמחה פארטרייבט די מחשבות.


מוהרא"ש דערציילט די מעשה פון נטע פון אומאן, א יונגער בחור וואס איז אנגעקומען אין אומאן, ער האט זיך געדרייט צווישן אנשי שלומינו, דארט האט ער געהערט די זאך פון התבודדות, פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. נאכדעם האבן אים די רוסן ימח שמם פארכאפט קיין סיביר, ער האט דארט באקומען אן אמט אין א אפיס, צו באדינען די רוסישע גענעראלן, דארט איז אויך געווען פארכאפט א גוי'אישע מיידל, א גלח'ס טאכטער, און זי האט אים געמוטשעט טאג נאך טאג, קום טון מיט מיר אן עבירה, זי האט אים געזאגט: "לאז אפ אידישקייט; דא אין סיביר וועט קיינער נישט וויסן וואס מיר טוען, פון דא גייט קיינער נישט אהיים", דער בחור נטע האט נישט געוואוסט וואס צו טון, ער האט געשפירט ווי עס ענדיגט זיך זיין לעבן, ער שטייט פאר א שרעקליכע נסיון, ער גייט פאלן אין א טיפן אפגרינד.


ער האט זיך דערמאנט פון די עצה פון התבודדות, ער איז ארויס פון אפיס, ער האט זיך באהאלטן אין פעלד און געשריגן צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ראטעווע מיך! איך שפיר ווי איך האב נישט די כחות פאר דעם, איך ווער פארברענט! איך בעט דיר זייער, אדער זאלסטו מיר ארויסנעמען מיין נשמה, אדער מאך א נס אז איך זאל עומד זיין בנסיון", אזוי איז געווען טאג נאך טאג, זי האט אים געמוטשעט און ער איז געגאנגען התבודדות, שרייען צום אייבערשטן: "טאטע, ראטעווע מיך", אזוי האט דאס אנגעהאלטן ביז דער אייבערשטער האט געמאכט א נס, די רוסן ימח שמם האבן אים באפרייט.


פאר ער איז אוועק פון דארט האבן זיי אים געמאכט א מסיבת פרידה, האט דאס גוי'אישע מיידל, די קליפה, געבעטן - אז זי וויל זאגן אפאר ווערטער לכבוד די געזעגענען, און זי האט געזאגט: "אויב איז דא אויף די וועלט א צדיק, איז עס דער בחור! איך האב אים געמוטשעט טאג טעגליך, און ער האט מיך נישט צוגעהערט".


נטע איז צוריק געקומען קיין אומאן און ער האט דערציילט זיין איבערגייאכטס, ער האט דערציילט וואס פאר א נסיון ער האט דארט געהאט. מוהרא"ש דערציילט, ער האט אליין געהערט פון עלטערע ברסלב'ער חסידים אז זיי האבן אלע געוויינט ווען ער האט דערציילט זיין געשיכטע, זיי האבן אים געפרעגט פון וואו ער האט געהאט די כחות? האט ער געזאגט: "פון ענק, פון התבודדות; ווען איך ווייס ווען נישט די עצה פון התבודדות - וואלט איך אראפגעפאלן"; אזוי ווי יוסף הצדיק האט עומד געווען בנסיון מיט די עצה פון התבודדות, די ליפן זיינע האבן נישט אויפגעהערט צו שעפשען תפילות, תחינות און בקשות.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#70 - פארוואס טוט מיין ווייב גארנישט אין שטוב?
שלום בית, סיפורי צדיקים, סבלנות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל שרייבן עפעס וואס טוט מיר וויי שוין א לאנגע צייט; איך לעב ברוך ה' זייער אין גוטן מיט מיין ווייב, מיר רעדן זייער שיין, און מיר האבן ברוך ה' א גוטע לעבן און ליבשאפט אינאיינעם, אבער עס איז דא איין זאך וואס טוט מיר זייער וויי, און דאס זעלבסט אז עס טוט מיר וויי, דאס אליין טוט מיר זייער וויי, ווייל דאס מיינט אפשר אז איך האב נישט קיין שלום בית.


מיין ווייב טוט גארנישט אינדערהיים, איך וואש די וועש, איך וואש די געשיר, דאס נישט קיין גוזמא, איך טו דאס אלעמאל אינדערהיים, און דאס טוט מיר זייער וויי.


צום ביישפיל היינט איז נישט געגאנגען צו די ארבעט, זי איז נישט געווען אין א גוטע גיסטע, און איך האב איר געבעטן זי זאל מיר מאכן א סורפרייז און וואשן די געשיר, טרוקענען די וועש וואס איך האב געוואשן, און אריינלייגן נאך וועש צו וואשן. זי האט מיר געזאגט אז זי וויל קודם גיין צו איר מאמע, כאטש וואס איז נישט געווען דעמאלט אינדערהיים, און דערנאך וועט זי אהיימקומען און עס טון. למעשה איז זי געגאנגען אין געשעפט איינקויפן מיט איר שוועסטער פאר צוויי שעה. איך האב נישט קיין פראבלעם אז זי זאל הנאה האבן, איך וויל אבער אז זי זאל אויך עפעס צולייגן א האנט אין שטוב.


איך האלט זיך איין א גאנצן צייט פון איר צו זאגן עפעס וועגן דעם, איך שפיר אבער ווי איך ווער צעפלאצט פון דעם, איינער דארף איר זאגן וואס זי האט צו טון. איך ווייס אז איך דארף איר עס נישט זאגן, אבער ווער יא?


איך וועל זיך זייער פרייען אויף אן ענטפער, זאל עס זיין מוסר אדער חיזוק, איך וויל וויסן וואס איך דארף צו טון, דארף איך תשובה טון? דארף איך מתפלל זיין אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר, וואס הייסט אז דיין ווייב טוט גארנישט אין שטוב? דו שרייבסט דאך אז זי ארבעט; זייט ווען דארף א פרוי גיין ארבעטן און ברענגען פרנסה? א פרוי האט נישט קיין חיוב צו ברענגען פרנסה; מהיכא תתי, אויב א פרוי וויל העלפן איר מאן גיין ארבעטן, העלפן מיט פרנסה - וואויל איז איר, אבער גיין זאגן אז זי טוט גארנישט? זי ארבעט דאך! זי ברענגט דאך פרנסה!


אויף דעם גייסטו שוין אויספלאצן? וואס איז מיט דיר, דאס איז א פראבלעם? דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א גוטע לעבן מיט איר, און אז זי היט דיך פון עבירות. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען. פארציילט די גמרא, רב האט געפרעגט פון רבי חייא: "הָא קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ לְמַר", זי איז דאך דיר מצער, פארוואס ברענגסטו איר די גוטע זאכן? האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", מיר איז גענוג אז זי ציט אויף די קינדער, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ראטעוועט מיך פון עבירות; זעט מען פון דעם ווי אזוי די הייליגע תורה זאגט אונז צו קוקן אויף די ווייב, און ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


מיט גוט קוקן און מיט סבלנות - קומט מען אן גאר ווייט, מיט אסאך גוטע ווערטער, מיט אויסלויבן - זעט מען וואונדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אשה גולם היא", און זי איז "כורת ברית", זי ווערט איינס - "אלא למי שעשאה כלי", נאר מיט דעם מאן וואס מאכט איר פאר א כלי; מוהרא"ש זאגט פשט, דער וואס בויט אויף די ווייב און מאכט איר פאר א כלי, פון א שברי כלי מאכט ער איר פאר א גאנצע זאך, מיט אויסרימען מיט גוטע ווערטער, מיט שמייכלען וכו' - מיט דעם מאכט מען איר פאר א כלי, מען מאכט א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, און מען האט אלע ברכות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - ווי אזוי האט דאס קינד אויפגעהערט בייסן די נעגל?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין מיין חדר איז דא א אינגל וואס בייסט די נעגל כסדר, איך האב אים געזאגט ער זאל בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם און אזוי וועט ער אויפהערן.


אויפ'ן וועג צום פארק גייט מען דורך א שול, און אסאך מאל ווען עס איז ליידיג גייט מען דארט אריין צו קושן דעם ארון הקודש, איינמאל הער איך ווי ער בעט דעם אייבערשטן, "אייבערשטער העלף איך זאל נישט בייסן די נעגל", און היינט כאפ איך זיך אז כמעט וואס ער בייסט שוין מער נישט די נעגל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת בשלח, ט' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לייגסט אריין אין די קינדער תפילה, זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן; יעדע זאך וואס מען דארף, יעדע זאך וואס מען וויל - איז דא נאר איין עצה, 'תפילה'; בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, אזוי ווי מען בעט פון א טאטע, אזוי ווי מען בעט פון א גוטע פריינד. אז מען לערנט דאס מיט קינדער, מען רעדט פון תפילה נאכאנאנד - גייט דאס אזוי שטארק אריין אין זייערע ביינער, זיי געדענקען דאס פארן גאנצן לעבן, און ווען זיי וועלן דארפן און וועלן עפעס אין לעבן - וועלן זיי וויסן אז דורך תפילה קען מען דאס באקומען.


זייער גוט טוסטו אז דו גייסט מיט זיי אריין אין א ליידיגע שול און דו לערנסט זיי אויס צו קישן די פרוכת, און אויך אז זיי זאלן בעטן ביי די פרוכת. מוהרא"ש האט דערציילט ווי זיין מלמד רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה (מען האט אים גערופן בלשון חיבה ר' יעקב מלמד) - פלעגט אריינלייגן אין די קינדער אמונה, ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, די חדר איז געווען אין א שול, און ער האט געהייסן דעם קינד קישן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריינגעברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צו גיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.


מוהרא"ש האט געזאגט אז פון אלע זיינע מלמדים געדענקט ער נאר זכרונות פון דעם מלמד און פון נאך א מלמד וואס איז אויך געווען א ברסלב'ער חסיד, פון די אמונה און פון די תמימות ופשיטות וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין די קינדער. מוהרא"ש האט אויך פארציילט אז ער פלעגט אויסטיילן אין חדר יעדן טאג פאר אלע קינדער א פרוטה, און ער איז ארום געגאנגען מיט א פושקע צו אלע קינדער, און בשעת ער איז ארום געגאנגען מיט די פושקע האט ער געהאט א ספעציעלער ניגון וואס ער פלעגט זינגען: "הריני נותן צדקה לעניים וליתומים ולאלמנות, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל מיין גאנצע לעבן געבן צדקה פאר ארעמעלייט, און אין דעם זכות זאל איך ניצול ווערן פון אלע צרות און פון אלע מחלות און איך זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו א צווייטן"; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט צוגעלייגט אז עס איז געווען א הערליכע מחזה צו זען ווי אזוי יעדעס קינד לייגט אריין א פרוטה אין די פושקע נאכן זאגן די תפילה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#68 - וואס קען איך טון לטובת מיין זיידע'ס נשמה?
סיפורי צדיקים, הפצה, נשמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זיידע איז נפטר געווארן, ברוך דיין האמת. וואס קען איך טון לטובת זיין נשמה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ד' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גרעסטע זאך וואס דו קענסט טון פאר דיין זיידע - זאלסט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק פאר אידישע קינדער.


אויבן אין הימל איז די גרעסטע זאך דער וואס ברענגט צוריק נשמות ישראל צום אייבערשטן. מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז רש"י הקדוש אים אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל'ע זלאטשובער אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליין וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליין רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער איז אזוי חשוב..."



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#67 - פארוואס שעם איך זיך צו באדאנקען מיין שווער און שוויגער?
סיפורי צדיקים, שווער און שוויגער, תפילה והתבודדות, צדיקים, בושה, דרך ארץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די ערשטע זאך וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף די שיינע שיעורים, ספעציעל די שיעורים פאר מלמדים און לערערינס, עס געבט מיר זייער שטארקע חיזוק צו אנגיין ווייטער.


איך וויל בעטן חיזוק וועגן מכבד זיין שווער און שוויגער. איך קען נישט זאגן ש'כח פאר מיין שווער און שוויגער, נישט אויף די עסן און נישט אויף גארנישט, אויך יעצט ווען איך בין געווען ביי זיי א חודש נאכ'ן געבוירן א קינד, איך האב טאקע געהאלפן מיט'ן איינקויפן זאכן און מיט'ן אראפטראגן די מיסט, און דאס גלייכן, אבער רעדן קען איך נישט, איך שעם זיך זייער, איך האב יעדן טאג געטראכט יעצט גיי איך זאגן ש'כח, און שוין גיי איך צעברעכן די בושה, ווען עס איז אבער געקומען למעשה האב איך נישט געקענט עפענען מיין מויל, אזוי אויך פארן אהיימגיין האב איך געזאגט שוין יעצט גיי איך זאגן ש'כח פאר אלעס, און איך האב נישט געקענט.


מיין שוויגער רעדט נישט מיט די איידעמער, און נאך מער אויב זי איז אין קאך אליין און איך גיי אריין אין קאך עפעס נעמען קען זי ארויס גיין, און אויך מיין שווער רעט כמעט נישט, און איך בין אויך א ביישן אין נאטור, און איך הייב אויך נישט אן צו רעדן מיט מענטשן וואס איך קען נישט, און דעריבער שעם איך זיך צו זאגן ש'כח וכו'.


ווען איך קום אריין ביי מיין שווער אין שטוב זאג איך גוט שבת, אבער מער פון דעם קען איך נישט.


עס שטערט מיר זייער און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז איך זאל קענען זאגן ש'כח נאך א שבת'דיגע סעודה וכדומה. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אביסל אוועק שטעלן אויפ'ן פלאץ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט דיין שוויגער דארפסטו נישט רעדן, עס איז גענוג ווען מען קומט אריין אין שטוב צו באגריסן און ווען מען גייט ארויס צו גריסן און זיך באדאנקען, אזוי אויך מיט דיין שווער. דאס איז די גרעסטע כיבוד, מען גריסט מיט דרך ארץ און מען באדאנקט זיך, עס פעלט נישט אויס מער.


ביים רבי'ן איז געווען אזא מעשה. דער הייליגער רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלב), עס איז געווען איינער פון אנשי שלומינו וואס פלעגט קומען אסאך צום רבי'ן, ער האט געהאט זאכן וואס ער האט געוואלט רעדן מיטן רבי'ן, אבער ער האט זיך נישט געקענט עפענען דאס מויל צו רעדן מיטן רבי'ן וואס ליגט אים אלץ אויפן הארץ, ביז איין מאל איז אים אויסגעקומען צו באדינען דעם רבי'ן, ער האט געטראכט 'יעצט וועל איך רעדן, איך וועל אלעס דערציילן דעם רבי'ן', אבער די מויל האט זיך אים נישט געעפנט. דער רבי איז דעמאלט געווען אויפן וועג אהיים פון זיך וואשן לכבוד שבת, דער רבי האט אים געבעטן ער זאל אים געבן די שיך אנצוטון, פלוצלונג רופט זיך דער רבי אן (פון זיך אליין): "געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, נאכדעם וועסטו קענען רעדן מיט מיר".


שטארק זיך אין התבודדות, אין רעדן מיטן אייבערשטן, שמועסן מיטן אייבערשטן, די עצה איז אן עצה פאר אלע פראבלעמען; וואס עס גייט אריבער, יעדע שווערע זאך - רעדט מען אויס צום אייבערשטן, מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן, אזוי ווי אן ארעמאן בעט זיך מען זאל אים העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#66 - פארוואס דארף מיין ווייב אזויפיל געלט פאר די קיאסק?
שלום בית, אידיש געלט, סיפורי צדיקים, קאמפיוטער, קיאסק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך השם איך האב גוט חתונה געהאט, מיין ווייב איז זייער פיין און געטריי ברוך השם, עס איז אבער דא איין זאך וואס שטערט מיר אביסל, אז מיין ווייב בעט מיר געלט פאר די קיאסק, אבער וויפיל געלט איך געב איר נאר איז קיינמאל נישט גענוג, ווייל זי זיצט דארט אפ ביז זי זעט אז זי האט נאר צוויי מינוט געבליבן, יעצט דארף זי נאך געלט, ווייל זי דארף נאר ענדיגן די ארדער, און אזוי גייט עס כסדר יעדעס מאל זי וויל עפעס קויפן, און איך טראכט ווי לאנג נעמט שוין צו איינקויפן עפעס א קלייניקייט?


איך וויל בעטן דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן מיט א קלארע וועג אין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב פאר דיין ווייב געלט זי זאל האבן אויף איינצוקויפן פאר זיך וכו', דער הייליגער צדיק רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו זאגט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל, ווען עס איז געקומען צו קויפן בגדים פאר זיך - האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְאֹד", אויך ביי עסן, ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך, האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס מען קען, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון.


בנוגע זיצן אין קיאסק; דער פראבלעם איז נישט די געלט, אפילו מען האט געלט איז נישט כדאי מען זאל זיצן אויפן קאמפיוטער שעות. מוהרא"ש אין די בריוו רופט אן דעם קאמפיוטער מחשף, כישוף מאכער; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין סז:), וואס איז די נאמען כישוף? "שמכחישין פמליא של מעלה", זיי מאכן שוואך די כוחות פון די קדושה, און דאס איז די קאמפיוטער, און אפילו אין קיאסק, אז מען דארף ערלעדיגן זאכן פארן לעבן - טוט מען דאס איינס צוויי, אבער דאס זיצן שעות, איז א בחינה פון כישוף.


שמועס מיט דיין ווייב, ווייז איר דעם בריוו, זיי איר מחזק אז זיצן אין קיאסק איז ביטול הזמן, מען פארברענט טייערע צייט; אין די צייט קען מען אויפטון, מען קען טון די שטוב ארבעט, מאכן עסן, מאכן די וועש, און אז מען האט איבריגע צייט קען מען דאווענען און זאגן תהילים, און נישט עוסק זיין אין כישוף.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#65 - אויסלאזן די דקדוק רש"י'ס?
סיפורי צדיקים, חומש רש"י, דקדוק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט זיך באדאנקען פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר, דער ראש ישיבה שליט"א געבט אוועק יעדן טאג א שעה מיר צו געבן א שיעור, און אפאר שעה, איך ווייס אפילו נישט וויפיל, מיר צו שרייבן בריוו. איך שפיר אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט נאר צו מיר, ווייל דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אלעמאל וואס איך דארף הערן, יישר כח.


היות איך האב אנגעהויבן פאלגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט, האב איך אויך אנגעהויבן מעביר סדרה זיין, און אויך צו לערנען חומש רש"י, וויל איך וויסן וואס איך זאל טון ווען איך קום אן צו די דקדוק רש"י'ס, זאל איך עס אויך זאגן אדער עס אויסלאזן? ווייל דער רבי האט דאך געזאגט אז היינט דארף מען נישט קיין דקדוק


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לערנען חומש רש"י איז מסוגל פאר יראת שמים, לערנען חומש רש"י ברענגט א שטארקע אמונה. עס איז ידוע ביי סאטמערע חסידים אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער הייליגער עצי חיים און דעם סאטמער רבי זכותם יגן עלינו ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, אז זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו. רבי מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס האבן נישט געוואוסט וואו דער אייבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י.


יעדע אות פון רש"י איז געשריבן מיט רוח הקודש, מוהרא"ש זאגט נאך פון פריערדיגע צדיקים (עיין ספר נחל קדומים פרשת וירא, אות ד), אויף יעדע טראפ טינט האט רש"י געציילט שבעה נקיים; איז ווען עס קומט צו די דקדוקי רש"י וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה), עס פעלט נישט אויס צו לערנען דקדוק - קענסטו גורס זיין די רש"י, ווייל אפילו זאגן די ווערטער פון רש"י איז מטהר ומזכך את הנפש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#64 - פארוואס זאלן די קינדער זיין גוט, אז איך בין א גארנישט?
התחזקות, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, נחת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א שטיק צייט צוריק אז איך זאל בעטן דעם אייבערשטן פאר ערליכע קינדער, ברוך ה' אז איך האב אנגעהויבן זאגן יעדן טאג די תפילת השל"ה און אויך בעטן דעם אייבערשטן אין אידיש.


עס פילט זיך אבער אביסל מאדנע, איך אליין בין נישט דער גרויסער צדיק, ווי אזוי קען איך ערווארטן אז דער אייבערשטער זאל מאכן מיינע קינדער ערליך ווען איך האלט ביי גארנישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס - קלאפ זיך נישט; דאס אז דו ווילסט ערליכע קינדער, דו זאגסט די תפילת השל"ה און דו ביסט מתפלל אויף אידיש פאר גוטע קינדער - דאס ווייזט אז דו ביסט יא גוט און דו ווילסט זיין גוט, מאך זיך נישט אוועק.


מוהרא"ש האט געשריבן קרוב צו הונדערט טויזנט בריוו, אין יעדע בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט עצות און סגולות פאר גוטע ערליכע קינדער - קומט מוהרא"ש אלץ צוריק אז די שליסל איז תפילה והתבודדות.


מוהרא"ש דערציילט, ווען די הייליגע צוויי ברידער, דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק און דער הייליגער רבי ר' זושא זכותם יגן עלינו זענען געגאנגען גלות ליידן, האבן זיי געטראפן אין איינע פון די דערפער א קינד, זיי האבן געזען אויף דעם קינד אז ער האט א הייליגע נשמה, זיי האבן געזען א שטארקע ליכטיגקייט רוט אויף אים, זיי האבן געפרעגט דעם קינד וואו ער וואוינט, זיי האבן געוואלט זען דעם טאטן, אים נאכקוקן ווי אזוי ער האט זוכה געווען אראפ צו ברענגען אזא הייליגע נשמה, זיי האבן געזען דעם איד, א פשוט'ער איד וואס דאווענט דריי מאל א טאג די דריי תפילות מיט מנין, און לערנט שיעורים כסדרן, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט ווי קומט צו אזא פשוט'ער איד אזא הייליג קינד.


זיי האבן געפרעגט און געפרעגט, ביז די ווייב האט געזען ווי זיי עקשנ'ען זיך, האט זי געזאגט אז יעדן שבת אינדערפרי ביי די זמירות, ביי ברוך ה' יום יום ווען איר מאן קומט אן צו די ווערטער: "וזכנו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות" - וויינט ער, עס רינט אים טרערן פון די אויגן, ער זאגט איבער די ווערטער אן א שיעור מאל, ביז ער פאלט פון די כוחות, אזוי חזר'ט זיך איבער יעדן שבת; האבן די צוויי הייליגע ברידער געזאגט, יעצט פארשטייען זיי ווי קומט אזא הייליג קינד צו אזעלכע פשוט'ע עלטערן, דורך תפילה; דער קינד איז אויסגעוואקסן דער צדיק רבי דוד לעלובער זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - מעגן מיינע קינדער זען ווי איך וויין?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, התבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב עס איז א גוטע זאך אז מיינע קינדער זאלן זען און הערן ווי איך וויין צום אייבערשטן ביים מאכן התבודדות?


איך האב ברוך ה' זייער הנאה צו העלפן אין חדר מיט די לעכטיגע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער גוט פאר קליינע קינדער צו זען ווי דער טאטע איז זיך מתבודד, דאס גייט אריין אין זייערע ביינער און דאס וועלן זיי אויך טון, ווייל וואס קינדער זעען ביי די עלטערן מאכן זיי שפעטער נאך.


מוהרא"ש דערציילט, דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט, ער פלעגט אלס קינד זען זיין טאטע רבי נחמן טולטשינער ליגן אויף דער ערד און וויינען צום אייבערשטן, דאס איז אין אים אריין אזוי שטארק אז ער האט דאס אויך אנגעהויבן טון.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - פארוואס האב איך נישט זוכה געווען אנצוקומען קיין אומאן?
אומאן, התחזקות, סיפורי צדיקים, ראש השנה, ספרי ברסלב, ספיקות, פחדים, בלבולים, רמזים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער שטארק געוואלט און פרובירט אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, אבער ליידער בין איך נישט אנקומען.


איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך ווייס נישט וואס איך דארף פאררעכטן, איך ווייס נישט וואו אנצוהויבן, איך האב געשפירט אז איך בין אזא גרויסער בעל עבירה אז אפילו דער רבי וויל נישט איך זאל קומען צו אים. איך ציטער וואסערע סארט יאר איך וועל האבן דאס יאר.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מחזק זיין, איך זאל וויסן ווי אזוי צו טראכטן, וואס איך קען זיך מקבל זיין, מיט וואס איך דארף זיך פארבעסערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק יארן צוריק ווען א גאנצע חבורה אנשי שלומינו זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס, זיי זענען נישט אנגעקומען קיין אומאן, און זיי זענען געווען זייער צעבראכן אז זיי האבן נישט געקענט אנקומען צום רבינ'ס ראש השנה, האט מוהרא"ש דעמאלט זיי געזאגט: "ענק זענען אלע געווען ביים רבי'ן; ווייל אז מען וויל קומען, מען טוט אלעס צו קומען און מען איז אפגעשטעלט געווארן, מען האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו קומען - איז דאס גערעכנט אזוי ווי מען איז געווען אין אומאן".


צעקלאפ זיך נישט, נעם נישט ארויס פון דעם קיין שלעכטע רמזים כאילו דער רבי דארף דיך נישט, דער רבי דארף דיך יא, דער רבי זארגט פאר דיר, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג", וואס זארגט איר? "מֵאַחַר שֶׁאֲנִי הוֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם", אז איך גיי פאר אייך, איך בין אייך מתקן; עיין שם.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך צובינדן צום רבי'ן מיטן לערנען דעם רבינ'ס ספרים. מאך זיך א שיעור אין ספר ליקוטי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווערט מען צוגעבינדן צום רבי'ן און מען ווערט א גרויסער צדיק, און בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פונעם יאר אז דו זאלסט זוכה זיין צו קענען זיין דעם קומענדיגן יאר ראש השנה ביים רבי'ן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#61 - איך האב מורא פון מיין ווייב, זאל איך פארן קיין אומאן?
אומאן, שלום בית, סיפורי צדיקים, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל זייער שטארק פארן קיין אומאן זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, און זוכה זיין צו די תיקונים וואס דער צדיק איז מתקן, איך האב אבער מורא פון מיין ווייב, זי לאזט מיר נישט פארן, איך האב נישט קיין כח ווען זי שרייט און בלאזט, עס ציפט מיר נאך אלץ פון פאריאר ווען האט זי נישט גערעדט צו מיר נאך אומאן פאר צוויי וואכן.


איך ווייס נישט וואס איז ריכטיג צו טון, איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג אויף דיין שלום בית. רבי נתן האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קענען פארן צום רבי'ן, האבן אים חברים צוגערעדט ער זאל פארקויפן זיין ווייב'ס טיכל, אזוי וועט ער האבן געלט צו פארן צום רבי'ן. זיין ווייב'ס טיכל איז געווען ווערד אסאך געלט, עס האט געהאט אריינגענייט אין זיך שיינע בריליאנטן און טייערע שטיינער, אבער רבי נתן האט פארשטאנען אז אויב ער וועט דאס טון וועט דאס ערגער מאכן די מצב אין שטוב, ער האט נישט צוגעהערט צו די חבירים.


שפעטער פלעגט רבי נתן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט נישט געפאלגט די חבירים, ער האט נישט וויי געטון זיין ווייב; ער האט געזאגט: "וואלט איך ווען פארקויפט איר טיכל וואלט געווען נאכדעם א גט - וואלט איך נישט געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; ווייל דעם רבינ'ס ליכטיגקייט קען מען נאר מקבל זיין מיט א ריינעם מח, מיט א הייליגע מח, און דאס גייט נאר אז מען איז אן אדם השלם.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, רעד צו איר שיינע רייד, זאג איר אז דו פארסט קיין אומאן נאר צוליב וואס דער רבי האט געזאגט מען זאל פארן, און אז זי זאגט דיר: "דו טוסט מיך וויי", זאלסטו איר זאגן: "איך טו דיך נישט וויי, דו ביסט מיין טייערסטע זאך", און אז זי וועט אנהויבן זיך קריגן זאלסטו חס ושלום זיך קריגן, דו זאג איר נאר פארוואס דו פארסט, און אז דו וועסט בעטן פאר איר, און אז זי שרייט און בלאזט - זאלסטו חס ושלום נישט צוריק שרייען אדער צוריק בלאזן, ווייל שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "שלום בית איז זייער זייער וויכטיג, ווייל ווער עס האט שלום בית האט אנדערע מוחין, מיט שלום בית קען מען זוכה זיין צו ריינע מוחין".


רבי נתן האט געזאגט: "דאנקען גאט אז נאך ראש השנה איז יום כיפור, בעט מען זיך איבער און מען איז זיך מוחל איינער דעם צווייטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.

#60 - ווי אזוי איז מען מתפלל ביים ציון הקדוש אין אומאן?
אומאן, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, קברי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן ווי אזוי מען איז מתפלל אין אומאן ביים ציון פון הייליגן רבי'ן. צי מען בעט דעם רבי'ן ער זאל פועל'ן פאר'ן מענטש א ישועה, אדער בעט מען דעם אייבערשטן אז בזכות דעם צדיק וואס ליגט דא זאל מען פועל'ן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דער רבי איז געווען אין אומאן האט ער געהערט ווי מען שרייט אויפן בית החיים, ביי די קברים פון די עלטערן וכו'. אמאל האט דער רבי געהערט ווי א פרוי שרייט ביים קבר פון איר טאטע מיט א וויינעדיגע קול: "טאטע! טאטע!" האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, ווייל איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט ווייטער געזאגט: "פונקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיך זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט פועל'ן אלעס גוטס.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.

#59 - וועלכע זאכן זאל איך ארויסזאגן ביי "וידוי דברים"?
אומאן, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, קברי צדיקים, תשובה, עבירות, וידוי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם ענין פון "וידוי דברים". אלעמאל ווען איך וויל זיך מתוודה זיין פאר'ן אייבערשטער, ספעציעל ביים ציון פון הייליגן רבי'ן אין אומאן, ווען איך פרוביר איבערצוגיין ממש אלעס וואס איך האב געטון אין לעבן, דערמאן זיך פילע שלעכטע זאכן וואס איך האב געטון אין מיין לעבן, און איך שעם זיך צו זאגן אבער עס קומט ארויף זייער שלעכטע זאכן וואס איך האב אמאל געקוקט, און דאס ברענגט מיר אריין פון פריש שלעכטע הרהורים, איך ווער פון פריש נכשל און טראכטן פון זאכן וואס מען טאר נישט, און דאס מאכט מיר אז איך זאל נישט וועלן זיך מתוודה זיין בכלל, איך וויל נישט נאכאמאל טראכטן די שלעכטע זאכן.


שוין צוויי יאר וואס איך מוטשע זיך מיט דעם פראבלעם, איך האב שוין עטליכע מאל געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א איבער דעם, אבער איך האב זיך פשוט געשעמט. יעצט האב איך אבער באשלאסן אז גענוג געווארט, איך קען מער נישט אזוי אנגיין, און איך גיי פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס מען טוט איבער דעם פראבלעם, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן און ווייזן דעם ריכטיגן וועג אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג ארויס אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה, אפילו עס קומט אריין נאכאמאל די מחשבות פון עבירות וכו' וכו'; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), אז ווען א מענטש זינדיגט - גייט אריין די עבירה אין זיינע ביינער, און נאר דורך ארויסזאגן די עבירות לפני תלמיד חכם, פארן צדיק - גייען ארויס די עבירות און די שלעכטע צירוף וואס איז איינגעקריצט אינעם מענטש, נאר אזוי קען מען צוריק ברענגען די מלכות צום אייבערשטן און שפירן טעם עולם הבא.


דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן נח), עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ אִיד, וָואס פְלֶעגְט גֵיין צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ דֶער אִיד אִיז לֹא עָלֵינוּ קְרַאנְק גֶעוָוארְן, דֶער אִיד הָאט גֶעשִׁיקְט אַ שָׁלִיחַ צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב בֶּעטְן עֶר זָאל קוּמֶען צוּ אִים, וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעפָארְן מְבַקֵּר חוֹלֶה זַיין, אוֹיפְן וֶועג הָאט דֶער שָׁלִיחַ גֶעפְרֶעגְט דֶעם בַּעַל שֵׁם טוֹב: "אִיךְ הָאבּ דָאךְ גֶעהֶערְט פוּן אַייךְ אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען זִיכֶער נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט, אוֹיבּ אַזוֹי וִוי קֶען זַיין אַז דֶער חוֹלֶה צוּ וֶועם מִיר פָארְן יֶעצְט עֶר הָאט דָאךְ תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוּן עֶר אִיז אַן עֶרְלִיכֶער אִיד וִוי קֶען זַיין עֶר זָאל שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט?" הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב גֶעעֶנְטְפֶערְט: "עֶס אִיז טַאקֶע וָואר דָאס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעזָאגְט, אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט אוּן עֶס אִיז אוֹיךְ וָואר אַז דֶער אִיד הָאט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוֹיף זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער עֶר הָאט זִיךְ נִישְׁט מִתְוַדֶה גֶעוֶוען פַארְן אֱמֶת'עֶר צַדִיק, דֶערִיבֶּער קֶען עֶר נִישְׁט וֶוערְן אוֹיסְגֶעהֵיילְט, אוּן דֶערְפַאר פָאר אִיךְ צוּ אִים כְּדֵי עֶר זָאל זִיךְ קֶענֶען מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר, אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר וֶועט עֶר גְלַייךְ אוֹיסְגֶעהֵיילְט וֶוערְן, אוּן אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ נִישְׁט וֶועלְן מִתְוַדֶה זַיין - וֶועט עֶר וֶוערְן נָאךְ מֶער קְרַאנְק אוּן עֶר וֶועט אָנְהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן 'גֶעוַואלְד, וֵויי וֵויי' - פוּן גְרוֹיס וֵוייטָאג, בִּיז עֶר וֶועט שְׁטַארְבְּן, אוֹיבְן אִין הִימְל רֶעכְנְט מֶען אִים נִישְׁט דִי עֲבֵירוֹת וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן, אוּן אוֹיךְ נָאכְן שְׁטַארְבְּן וֶועלְן דִי קְלִיפּוֹת אוּן דִי חִיצוֹנִים נִישְׁט הָאבְּן קַיין שׁוּם כֹּחַ אוֹיף אִים וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אָבֶּער וִוי לַאנְג עֶר לֶעבְּט נָאךְ וֶועלְן דִי חִיצוֹנִים זִיךְ נוֹקֵם זַיין אִין אִים".


וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעקוּמֶען אוּן אִים גֶעזָאגְט בָּזֶה הַלָּשׁוֹן: "זָאג מִיר דַיינֶע עֲבֵירוֹת וָואס דוּ וֵוייסְט, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן אוֹיךְ אִיךְ וֵוייס", דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב הָאט דָאס אִיבֶּערְגֶעזָאגְט דְרֵיי מָאל, אָבֶּער דֶער אִיד הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט, עֶר הָאט זִיךְ גֶעשֶׁעמְט, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן: "אוֹי וֵויי, אוֹי וֵויי" - אוֹיף זַיינֶע וֵוייטָאג וַוייל זַיינֶע גְלִידֶער הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן זִיךְ צֶעבְּרֶעכְן בִּיז עֶר אִיז גֶעשְׁטָארְבְּן.


דארפסט נישט ווארטן ביז דו קומסט קיין אומאן צו מקיים זיין וידוי דברים לפני תלמיד חכם, קענסט שוין יעצט - ווען דו באקומסט די בריוו - זיך פארמאכן די אויגן און זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן, און אים דערציילן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה – אלע שלעכטע מחשבות, ובדיבור – אלע שלעכטע רייד, ובמעשה – אלע שלעכטע מעשים.


פארמאך דיינע אויגן און זאג: "רבונו של עולם, איך וויל דיר דערציילן מיינע מעשים, איך שעם זיך אזוי שטארק ווי איך בין אזוי געפאלן, איך האלט נישט אויס די בושה, איך קען עס נישט דערהייבן, וואס איז געשען מיט מיר? איך האב באקומען א ריינע הייליגע נשמה און דאס אזוי פארשמירט מיט מיינע פגמים, איך האב געטון ... און געטראכט ... און גערעדט ...; הייליגער באשעפער איך מאך יעצט וידוי דברים פאר דיר, בעט איך דיר, נעם ארויס מיינע עבירות פון מיינע ביינער און מח מחשבה, העלף מיך איך זאל זוכה זיין צו אמת'ע תשובה, איך זאל זוכה זיין צו פאררעכטן וואס איך האב פוגם געווען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.

#58 - ווי אזוי ווערט מען נאנט אין "היכל הקודש"?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, צדיקים, ספיקות, היכל הקודש, דרשות, בלבולים, פארנארן, אמונת חכמים, חלישות הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער עס איז געווען א הערליכע פרויען צוזאמקום און א הערליכע שיעור, די נקודה וואס מען האט גערעדט אז מען דארף זיך קאנצעטרירן אויף די שיעורים און אויף די תכלית פון די פלאץ, איז אזא וויכטיגע און שטארקע נקודה.


איך געדענק ווען איך בין געקומען די ערשטע מאל אין א שבת אין שול אין שטעטל, איז דעמאלט צוגעקומען צו מיר א פרוי און אנגעהויבן רעדן עפעס אזוי, "ש'כח אייבערשטער, אמת עס דא איז די שענסטע פלאץ אין די וועלט? און מיר זענען אזוי לאקי צו האבן אזא ראש ישיבה" און אזוי ווייטער אזעלכע סארט ווערטער, און עס האט זיך נישט געענדיגט. איך האב זיך שיעור אויסגעדרייט און אנטלאפן, עס האט מיר שרעקליך געאיבלט, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז איך בין אריינגעפאלן אין די נישט ריכטיגע פלאץ.


שפעטער איז צוגעקומען צו מיר א צווייטע פרוי, און זי האט מיר געזאגט אז זי וויל מיר נאר זאגן א גוטע עצה, זי האט מיר געוויזן אויף די מחיצה און מיר געזאגט אז אויב איך וויל עכט וויסן וואס די פלאץ איז און נישט ווערן צעמישט, זאל איך קוקן נאר דא, און מיט דעם האט זי מיר אריינגעוויזן אין די מחיצה אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א. זי האט מיר געזאגט, "קוק נישט רעכטס און נישט לינקס, ווייל אויב יא האסטו גרויסע שאנסן אוועקצוגיין נאך איידער דו קומסט אן".


איך בין איר זייער מכיר טובה. מערערע מאל האט זי מיר זייער מחזק געווען און מיר געהאלפן האלטן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ. עס איז געווען צייטן ווען איך האב געשפירט אז דאס איז עס, און זי האט מיר זייער אויסגעקלארט און מחזק געווען. זי האט אלעמאל געהאט די ריכטיגע זאך צו זאגן.


איך האב אנגענומען איר עצה, און איך האב אזוי געטון סיי אין שטעטל און סיי ביי די פרויען שיעורים פאר די ערשטע לאנגע צייט. איך האב קודם נישט געוואוסט וואו איך בין אריינגעפאלן, איך בין געקומען צום שיעור און ארויסגעגאנען א מינוט נאכ'ן שיעור. אבער ש'כח אייבערשטער אז מען איז זוכה דורך די שיעורים אויסצואוואשן דעם מח מיט די אלטע וועג פון טראכטן, און זען די שיינקייט פון יעדן.


נישט אז היינט בין איך שוין אריבער אלע זיבן וואסערן, עס פאסירט נאך גענוג מאל וואס איך פאל אריין אין א קטנות הדעת ווען איך קום אין שטעטל. און אלעס און יעדער שטערט מיר, איך ווייס אבער כאטש אז איך בין דער פראבלעם און נישט יענער. ש'כח אייבערשטער.


איך שעפ זייער אסאך חיזוק ווען דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון זיין אנהויב התקרבות, ווייל איך זע אז איך האב נאך אפשר שאנסן אויסצוקלארן מיין בליק און מיין מח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


היכל הקודש איז איין זאך: 'שכל און התחזקות פון הייליגן רבי'ן'; עס איז נישט קיין מענטשן, עס איז נישט דער און נישט יענער, עס איז גארנישט עפעס אנדערש אויסער די ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן.


חלישות הדעת און בלבולים וכו' - דאס מוז זיין, ווייל ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען הויבט אן הערן דעם הייליגן רבינ'ס תורות, חיזוק און עצות, ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן - ווערט דער סמ"ך מ"ם זייער דערשראקן, אז פון זיין שווערע הארעוואניע וועט גארנישט בלייבן, ער זוכט אלע וועגן ווי אזוי אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן.


דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט איז דער סמ"ך מ"ם געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, דו גיי זוך אן עצה"; וואס איז דער סמ"ך מ"ם אזוי דערשראקן פון רבינ'ס נשמה? ווייל וויפיל ער זאל נאר צעברעכן, אראפווארפן און אוועקשלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן - קומט דער רבי און ברענגט דעם מענטש צו תשובה, און צו אנהויבן א נייעם לעבן, דער רבי ברענגט אונז צו מדריגות פון צדיקים, מען טוט תשובה און אלע עבירות ווערן זכיות, דער רבי איז אים ווי א דארן אין אויג.


מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון צדיקים, אלע צדיקים זענען דבוק צום אייבערשטן און רעדן צו זייערע תלמידים פון עבודת השם יתברך, דער סמ"ך מ"ם האט נישט ליב קיין איינע פון די צדיקים, אבער ביים רבי'ן - דארט איז עפעס אנדערש, דער רבי כאפט ארויס נשמות וואס זענען שוין פארכאפט ביי די קליפות, דער רבי לאזט זיך אראפ צו אונז מענטשן וואס מיר זענען אזוי ווייט און האט אויף אונז רחמנות מיר זאלן אויך זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן; דאס קען דער סמ"ך מ"ם נישט ליידן, דעריבער טוט ער אלע פעולות אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן; מיט לשון הרע און ליצנות, חלישות הדעת און בלבולים וכו' וכו'.


מוהרא"ש פארציילט אויף א משפיע ביי אנשי שלומינו וואס איז געפארן פון אמעריקע קיין ארץ ישראל צו זיין ראש השנה ביים קיבוץ אין ירושלים, נאך די ערשטע טאג ראש השנה איז יענער געווארן אזוי אנטוישט פון די הפקירות אין שול (מאה שערים), אז ער איז נישט צוריק געקומען דאווענען מיט אנשי שלומינו, ער איז געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן, ביז מוהרא"ש האט גערעדט מיט אים שעות אויף שעות ער זאל נישט קוקן אויף קיינעם, ער זאל נאר קוקן אין די ספרים און נעמען די שכל פון רבי'ן.


אן א שיעור מענטשן האבן אפגעלאזט דעם הייליגן רבי'ן צוליב חלישות הדעת וכו' וכו'. ווען איך בין מקורב געווארן האבן מיר זייער אסאך זאכן געשטערט, דעמאלט האב איך אפגעמאכט אז איך קוק נישט אויף קיינעם, עס גייט מיר גארנישט אן, איך קום צו מוהרא"ש, איך הער וואס איך דארף הערן און איך לערן די הייליגע ספרים, די הייליגע קונטרסים, מער אינטערעסירט מיר נישט.


מוהרא"ש האט אסאך גערעדט פון דעם צו אונז ביי די שיעורים; נישטא קיין נאנטע מקורבים, נישטא קיין ווייטע מקורבים, אלעס איז שטותים והבלים, איין זאך איז דא, די שיעורים, די ספרים; מען זאל טון וואס מען רעדט ביי די שיעורים, און זיך מאכן א חשבון: 'האב איך היינט גערעדט צום אייבערשטן? האב איך היינט געעפנט א משניות? האב איך היינט געעפנט א ליקוטי מוהר"ן?' מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן צו אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מה שביד בטוח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#57 - איך קען נישט מער, זאל איך אנטלויפן?
אומאן, שלום בית, תהלים, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צרות, פרנסה, נסיונות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיל ווי איך קען נישט מער, איך וויל ארויסטשעקן, איך גיי וואוינען אליין.


איך האב זייער ליב מיין ווייב, אבער איך האב נישט קיין געלט צו צאלן די גראסערי, מיין אינגל גייט באקומען פיאות, איך דארף קויפן ציצית און קאפל, און איך האב נישט קיין פרוטה.


אפשר זאל איך וואוינען אליין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, נישטא וואו צו אנטלויפן, אין איין פלאץ קענסטו אנטלויפן: "אנטלויף צום אייבערשטן"; גיי אין א ווינקל און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים פאר פרנסה: "רבונו של עולם העלף מיר, איך דארף פרנסה, איך האב נישט קיין געלט צו קויפן עסן פאר מיין ווייב און קינדער", נאר דאס וועט דיר העלפן.


הער א מעשה וואס האט פאסירט ביי רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, אמאל איז געווען ביי אים די מצב אזוי ווי ביי דיר, זייער ענג, ער האט נישט געהאט צו געבן פאר די קינדער קיין עסן, האט ער געטראכט ער וועט פארן קיין אדעסא וואו עס וואוינט זיין פעטער א גרויסער גביר, דער פעטער וועט אים זיכער ארויסהעלפן.


ער האט נישט געהאט קיין געלט צו דינגען א פערד און וואגן קיין אדעסא, האט ער זיך ארויסגעלאזט צופיס, ווען ער איז אנגעקומען קיין אדעסא, קלאפט ער אריין צו זיין פעטער, קומט איינער צום טיר און פרעגט: "ווער איז דארט?" ענטפערט ער: "נחמן פון טולטשין!" ער קומט אריין, דער פעטער געבט אים א קאלטע שלום עליכם, און זאגט אים: "אנטשולדיגט, איך קען נישט רעדן יעצט", און ער מאכט צו די טיר.


רבי נחמן טולטשינער האט שיער גע'חלש'ט, ער איז געווארן זייער צעבראכן, אויפן וועג אהיים האט ער זיך זייער צואוויינט צום אייבערשטן און ער האט געזאגט: "רבונו של עולם, איך שעם זיך פון דיר פארוואס איך האב זיך פארלאזט אויף מיין רייכער פעטער פון אדעסא און נישט אויף דיר, זיי מיר מוחל אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל אייביג געדענקען אז נאר דו קענסט מיר העלפן, און איך זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם".


שפעטער האט ער דערציילט פאר זיין רבי, רבי נתן - די מעשה, זאגט אים רבי נתן: "אז מען האט א צרה פארט מען קיין אדעסא?! אז מען האט א צרה פארט מען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון און מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן".


לויף נישט אוועק פון דיין ווייב און קינדער, אוועק לויפן וועט דיר נישט העלפן, דוד המלך זינגט אין תהלים (תהילים קלט, ו-יב): "פְּלִיאָה דַעַת מִמֶּנִּי נִשְׂגְּבָה לֹא אוּכַל לָהּ, אָנָה אֵלֵךְ מֵרוּחֶךָ, וְאָנָה מִפָּנֶיךָ אֶבְרָח", עס איז מיר א וואונדער ווי א מענטש קען טראכטן ביי זיך אז ער קען אנטלויפן פונעם אייבערשטן, "אִם אֶסַּק שָׁמַיִם שָׁם אָתָּה", ווייל אז איך וועל ארויפגיין אין הימל - ביסטו דארט רבונו של עולם, "וְאַצִּיעָה שְּׁאוֹל הִנֶּךָּ", אז איך וועל זיך באהאלטן אין תהום - ביסטו ווייטער דארט רבונו של עולם, "אֶשָּׂא כַנְפֵי שָׁחַר אֶשְׁכְּנָה בְּאַחֲרִית יָם, גַּם שָׁם יָדְךָ תַנְחֵנִי וְתֹאחֲזֵנִי יְמִינֶךָ", איך וועל אנטלויפן צו א ווייטע לאנד אריבער דעם גרויסן ים - דארט ביסטו אויך רבונו של עולם, "וָאֹמַר אַךְ חֹשֶׁךְ יְשׁוּפֵנִי וְלַיְלָה אוֹר בַּעֲדֵנִי, גַּם חֹשֶׁךְ לֹא יַחְשִׁיךְ מִמֶּךָ, וְלַיְלָה כַּיּוֹם יָאִיר כַּחֲשֵׁיכָה כָּאוֹרָה", איך וועל מיר באהאלטן אין די פינסטערניש - דארט ביסטו אויך רבנו של עולם, ביי דיר איז נישט קיין חילוק צי עס איז טונקל צו ליכטיג; איז ווי קען מען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן?!


נעם א תהלים און זינג צום אייבערשטן, דאנק אים פאר אלעס גוטס וואס ער טוט מיט דיר און אויך בעט אים פאר א נס, פאר פרנסה; וועסטו זען אז גרויסע ניסים וועט געשען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#56 - ווי אזוי וואלט איך באדינט מיין מאמע?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן מיר געבן די מתנה וואס הייסט א 'מאמע'.


נעכטן נאכט האט מיין מאמע מיר געבעטן איך זאל איר שמירן עפעס א זאלב וואס שמעקט זייער נישט גוט, ווייל פון ווען זי האט געמאכט קימא טעראפי איז איר רוקן פארשטייפט, און מען קען גארנישט טון פאר דעם, און מיין מאמע האט מיר געברענגט א הענטשיך איך זאל איר אנשמירן מיט דעם די זאלב.


האב איך איר געפרעגט, "פארוואס א הענטשיך?", זאגט זי מיר, "ווייל די זאלב שמעקט אביסל, און איך וויל נישט דו זאלסט זיך עקלען", האב איך איר געענטפערט, "מאמע, דו האסט אזא הייליגע גוף, איך וויל עס נישט אנכאפן מיט קיין הענטשקעס, נאר מיין האנט אליין זאל האבן די זכי'..." און עס האט זיך אויסגעשפרייט אויף איר פנים א ריזיגע שמייכל.


און אלעס איז צו פארדאנקען די אלע שיעורים אין וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט וועגן די פונקט, אז מען העלפט נישט מיט הענטשקעס, נאר מיט די גאנצע ווילן און מיט די אייגענע הענט - כאפט מען אזעלכע מצוות.


יישר כח פאר'ן מיר שענקען א מאמע, א זאך וואס איך האב נישט געכאפט אז איך האב פאר'ן הערן די הייליגע שיעורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר זענט מכבד אייער מאמע מיט שמחה און פארגענוגן, די מעשה וואס איר שרייבט דערמאנט די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי קידושין א, ז) רבי טרפון איז געגאנגען שפאצירן שבת מיט זיין מאמע און איר שיך האט זיך צעריסן, האט רבי טרפון זיך אראפגעלייגט און געלייגט זיינע הענט אויף דער ערד, זאגנדיג: "מאמע, טרעט אויף מיר", כדי זי זאל נישט גיין בארוועס, אזוי איז ער געגאנגען מיט איר ביז זי איז אנגעקומען צו איר שטוב, דער צדיק האט נישט געטראכט פון זיך, פון די שניטן וואס ער וועט באקומען פון די שמוציגע ערד וואס וועט שמוציג מאכן זיינע הענט, ער האט נאר געטראכט פון די כבוד פון זיין מאמע.


נישטא קיין גרעסערע זאך ביי אידישע קינדער ווי טאטע מאמע, און ווער עס איז מכבד די עלטערן מיט ליבשאפט און שמחה - זאגט דער אייבערשטער – איז עס אזוי ווי דו ביסט מיך מכבד, און ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן - איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע זיינע עבירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק כו): "כל זמן שאדם מכבד את אביו ואת אמו אין חטא בא על ידו" ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן - וועט נישט צוקומען צו טון עבירות, "ואם חטא" און אויב ער האט שוין געטון עבירות, "נמחל לו" איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף די עבירות.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - וואס זאל איך זיך אונטערנעמען לכבוד מיין געבורטסטאג?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, קבלה טובה, יום הולדת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך זאל זיך אונטערנעמען א גוטע קבלה לכבוד מיין געבורטסטאג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם זיך פאר לכבוד דיין געבורטסטאג צו רופן דיינע עלטערן יעדן טאג.


מען דארף נישט רעדן לאנג, מען דארף נישט שמועסן לאנג; רוף זיי יעדן טאג, דערצייל זיי עפעס א שיינע זאך פון דיין משפחה און אינטערעסיר זיך וואס זיי מאכן; דאס איז די שענסטע קבלה וואס דו זאלסט מאכן.


אמאל האט דער חזון איש זכותו יגן עלינו פארהערט קינדער, א קינד האט אויפגעהויבן די האנט ער וויל פרעגן א פראגע, דער חזון איש פרעגט אים: "וואס ווילסטו פרעגן?" זאגט דער אינגל: "ווי אזוי וואקסט מען אויף א חזון איש?" דער חזון איש האט זיך פארטראכט און זיך אנגערופן: "דורך די מצוה פון כיבוד אב ואם".


וואויל איז דעם וואס איז שטארק אין די מצוה, וועט ער זוכה זיין צו די וועלט און צו יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.