שאלה אין קורצן ענין
#32 - ווי אזוי קען איך היטן מיינע אויגן ביי די ארבעט?
שמירת עינים, פרנסה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים און חיזוק וואס האבן מיר געטוישט דאס לעבן צום גוטן. איך ארבעט א גאנצן טאג, און איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז איך קען אויך טרעפן צייט צו לערנען, אבער זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, האב איך אנגעהויבן צו לערנען יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה יעדן טאג, איך לערן יעדן טאג די "בית נצחי", און נאך שיעורים, און איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן.


אויך מיין ווייב הערט די שיעורים און דערקוויקט זיך דערמיט, און אזוי איז אונזער גאנצע שטוב געווארן פרייליך און געשמאק, אונזער גאנצער לעבן איז געווארן א תוכנ'דיגע ערליכע געשמאקע לעבן, און איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם.


יעצט צו מיין שאלה, איך ארבעט אין א גרויסע מוסד פון נישט געזונטע קינדער ל"ע,  איך מאך ב"ה שיין פרנסה, אבער איך דארף זיך אסאך דרייען אין די בנינים און אין די קלאסן, און ס'קומט אויס אז איך דארף אסאך רעדן מיט פרעמדע פרויען וועמען איך סערוויר ביי די ארבעט. כאטש וואס אין מיין אפיס זיצן נאר מענער, איז אבער אין די אנדערע אפיסעס דארט אויך דא פרויען, און בכלל דרייען זיך דארט אסאך פרויען. אלע פרויען זענען נאר פרומע און היימישע, מ'רעדט נישט ח"ו קיין איבריגע ווערטער, אבער למעשה שפיר איך אז מיין שמירת עינים איז נישט גוט ביי די ארבעט, און דאס שטערט מיר זייער.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר עצה'ן וואס צו טון, פון איין זייט איז דאס א גוט באצאלטע פרנסה, פון די אנדערע זייט ווייס איך אבער נישט אויב דאס איז א כשר'ע פרנסה ווייל איך פאל דארט אין שמירת עינים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן צו היטן דיינע אויגן; אז מען היט די אויגן איז דא א ברכה אין די ארבעט און אין די געלט, אבער אז מען היט נישט די אויגן, מען קוקט אויף פרויען רחמנא לצלן דעמאלט איז נישט דא קיין ברכה אין די געלט, וויפיל מען פארדינט האט מען נישט גענוג וכו'. מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין: "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ 'יְשַׁבֵּרוּ'", אז מען צעברעכט די אויגן – מען קוקט נישט קיין עבירות, "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" - וועט דער אייבערשטער געבן פרנסה אין צייט.


שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן, רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף מיין יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט; רבונו של עולם העלף מיר איך זאל נישט פוגם זיין מיט די אויגן, איך זאל שטענדיג נאר זען אלוקית אין יעדע זאך, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און אין מיר", אזוי זאלסטו בעטן שטענדיג דעם אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בשפע.


אז דו וועסט היטן די אויגן, און ווען עס קומט דיר אויס צו רעדן ביי די ארבעט מיט פרויען וועסטו זיך היטן וכו' - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח, ווייל ווען מען היט נישט די אויגן קומט מען נאכדעם צו פוגם זיין בברית וואס דאס ברענגט אלע צרות אויפ'ן מענטש; דאס ברענגט ארימקייט, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארימאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארימאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - ווי אזוי האלט מען זיך פרייליך אין שווערע צייטן?
פרנסה, שמחה, התחזקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זייער שטארק באדאנקען פאר אלע שיעורים, ס'געבט מיר אסאך חיזוק אין לעבן.


איך ב"ה א דזשאב, אבער איך מוטשע זיך זייער שטארק, איך פרוביר זיך צו האלטן אלץ פרייליך, כאטש וואס איך האב ממש נישט די מינימום וואס האב א משפחה מיט פינף מענטשן דארף האבן צום לעבן.


ס'איז אבער דא טעג וואס איך ווער זייער שטארק צעבראכן און דעפרעסט. ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן און זיך שטארקן אין אזעלכע מצבים.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן פאר אלעס. איך האב יעצט געמאכט א סיום אויף מסכת מכות און מסכת מגילה גמרא רש"י, אלעס אין אייער זכות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פרובירסט מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך אפילו אין די שווערע צייטן וכו'; דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא"? ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג, "וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון ביטער – זיס; "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר, וכו'?" ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן - דער וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה און ער מאכט פון זיין ביטערע לעבן א זיס לעבן און פון זיין טונקלקייט - ליכטיג, ווייל ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער, און אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לג, אות ג): "יֵשׁ שְׁנֵי מִינֵי יָמִים: 'יְמֵי טוֹב וִימֵי רַע'", יעדע מענטש האט גוטע טעג און שווערע טעג, וואס איז די עצה צו קענען אריבער גיין בשלום די שווערע טעג? זאגט דער רבי, שלמה המלך זאגט (קהלת ז, יד): "בְּיוֹם טוֹבָה, הֱיֵה בְטוֹב", אין א טאג וואס עס גייט דיר גוט, זאלסטו זיך באנוצן מיט די גוטס, "וּבְיוֹם רָעָה רְאֵה", אין די שלעכטע טעג זאלסטו קוקן, "הַיְנוּ שֶׁצָּרִיךְ לָאָדָם לְהִסְתַּכֵּל שָׁם הֵיטֵב הֵיטֵב, בְּוַדַּאי יִמְצָא שָׁם יְמֵי טוֹב", דאס הייסט, מען דארף גוט אריין קוקן אין די שלעכטס וועט מען זיכער טרעפן גוטס; אז מען קוקט גוט אריין אינעם שוועריקייט זעט מען אז דער אייבערשטער איז מלא רחמים און עס איז אלעס מיט גרויס חסדים.


וואויל איז דעם וואס נעמט אריין אין זיך די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, ער קוקט שטענדיג אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, וועט ער זיך קענען דערהאלטן אין די שווערסטע זמנים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#30 - ווי אזוי קענען מיר האבן שלום בית, אפילו ווען די פרנסה טויג נישט?
שלום בית, פרנסה, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פילע חיזוק וואס איך באקום פון די דרשות, ספעציעל פון די דרשות פאר פרויען וואס געבט מיר אזויפיל חיזוק און הדרכה אין לעבן.


לעצטנס גייט די פרנסה זייער שווער ביי אונז, אסאך מאל ווייסן מיר ממש נישט פון וואו עס וועט קומען א פרוטה, און דאס האט זייער שטארק אויסגעקלאפט אויף אונזער שלום בית. מיין מאן שפירט זיך אזוי דערווייטערט פון מיר, און ס'טויג נישט דער מצב. ווי אזוי קען איך מאכן א גוטע שלום בית ביי אונז אינדערהיים, טראץ די שוועריקייטן אין פרנסה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער ארבעט איז איר זאלט אויפבויען אייער מאן; געבט אים גוטע ווערטער און הייבט אויף זיין מוט, אזוי ארום וועט ער האבן כח ווייטער צו זוכן פרנסה, ער איז דאך נישט שולדיג אז עס גייט אים שווער מיט פרנסה.


עס איז די פרוי'ס פליכט אויפצובויען דעם מאן; שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; פרויען האבן זייער גרויסע כוחות אין זיך, זיי קענען דאס נוצן אויפצושטעלן זייער שטוב און פון די אנדערע זייט - אליינס חרוב מאכן זייער שטוב, א שאד אז פרויען ווייסן נישט פון זייערע כוחות.


א קלוגע פרוי הייבט אויף איר מאנ'ס מוט און זי געבט אים גוטע ווערטער; בפרט אין די צייטן ווען דער מאן מוטשעט זיך מיט פרנסה, ער ארבעט שווער אהיים צו ברענגען געלט וכו', ווארט זי אים אפ מיט א שמייכל אזוי ווי די ערליכע פרויען האבן געטון אין מצרים. די הייליגע חכמים דערציילן (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה) אז די אידן אין מצרים האבן געארבעט זייער שווער און זיי האבן נישט געהאט קיין כח פאר גארנישט, זיי האבן בכלל נישט געוואלט אהיים קומען און עס איז נישט געווען קיין שלום בית, זייער קאפ איז געווען אויסגעברענט פון ארבעטן אזוי שווער, זיי זענען געווען שמוציג פון די פעלד ארבעט, וואס האבן געטון די פרויען - די נשים צדקניות? זיי זענען ארויס אין פעלד צו זייערע מענער, זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער פאר'ן מאן זיי זאלן זיך קענען רייניגן פון די ארבעט, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז בשעת זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער איז אריין געשווימען קליינע פיש אין זייער קריגל און דאס האבן זיי געגעבן פאר זייערע מענער, אזוי איז ארויסגעקומען כלל ישראל, און בזכות די מסירות נפש'דיגע פרויען זענען די אידן ארויס פון מצרים; זעט מען די כח פון אידישע פרויען וואס אין זייער זכות איז מען ארויס פון מצרים און אין זייער זכות וועט משיח קומען.


אז איר וועט מחזק זיין אייער מאן וועט זיך אלעס איבערדרייען און עס וועט זיין גרויס שפע, ווייל זיין גאנצע פרנסה איז תלוי אין אייך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע פרנסה איז בזכות די פרוי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#29 - איך ארבעט אזוי סאך, איך קען ממש נישט אטעמען, וואס טוט מען?
לימוד התורה, שלום בית, פרנסה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק יומי, מיין טאג הויבט זיך אן גאר אנדערש נאכ'ן הערן די טעגליכע חיזוק, און פרוביר אז ס'זאל נישט בלייבן נאר ביים הערן, נאר אויך צו "גיין" און לעבן מיט דעם.


איך פרוביר זיך צו שטארקן צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך האלט שוין ב"ה ביים ענדיגן די דריטע מאל ששה סדרי משנה, און איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, גמרא, און שלחן ערוך. אבער פון די אנדערע זייט איז מיר זייער שווער צוליב מיין ארבעט.


איך ארבעט גאר אסאך שעות יעדן טאג, ממש פון אינדערפרי ביז ביינאכט, און איך האב בכלל נישט ליב די ארבעט וואס איך טו, אבער נאר דאס האב איך יעצט. און דאס גייט אסאך סיי אויפ'ן חשבון פון מיין ווייב און קינדער וואס איך האב נישט גענוג צייט פאר זיי, און סיי אויפ'ן חשבון פון לערנען, אז איך קום נישט אן צו לערנען מיינע לימודים געהעריג יעדן טאג. איך בין מתפלל אסאך צום אייבערשטן ס'זאל מיר אונטערקומען א בעסערע פרנסה, ווייניגער שעות מיט מער געלט, אבער דערווייל איז מיר זייער שווער.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עפעס עצות און חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ערשטע זאך בעט איך דיר דו זאלסט זיך שטארקן און זיין פרייליך, ווייל שמחה איז מסוגל אויף פרנסה בניקל, אזוי ווי מען זעט אז דער שם פון פרנסה 'חַתָּ"ךְ' וואס איז די ראשי תיבות פונעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'", איז אויך די ראשי תיבות פונעם פסוק (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; זאלסטו פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.


וויסן זאלסטו אז פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם צוגלייך, און דאס וואס מען זעט אז איינער ארבעט שווערער פונעם צווייטן - איז ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט, אז אמאל זענען געווען צוויי גרויסע עשירים וואס זענען געווען שכנים הויז צו הויז, איינער איז געווען א קמצן - א קארגער מענטש, און דער צווייטער איז געווען א גרויסער בעל צדקה; די ארימעלייט האבן געוויסט פון דעם גרויסן עושר דער נדיב לב וואס טיילט מיט א ברייט הארץ צדקה, מען פלעגט קומען צו אים און ער פלעגט אויפנעמען יעדן איינעם מיט א געשמאקע סעודה און צוגעבן א שיינע סכום געלט.


ויהי היום עס איז געווען אן ארימאן וואס האט געהערט אז אין דעם געוויסן שטאט וואוינט דער גוטהארציגער עושר, איז ער אהין געפארן אבער צו זיין מזל האט ער זיך טועה געווען און ער איז אנגעקומען צו דעם עושר דעם קמצן אין אים געבעטן צדקה, האט אים דער קמצן געענטפערט: "איך האב דא ביי מיר אין גארטן אסאך ביימער וואס מען דארף זיי צעשניידן, אז דו וועסט מיר צעשניידן די אלע גרויסע ביימער אויף קליינע שטיקלעך האלץ וועל איך דיר געבן עסן", אומר ועושה, דער ארימאן האט גענומען א האק און זיך גענומען צו די שווערע ארבעט, ער האט צעהאקט אלע ביימער אויף שפענדלעך און ווען ער האט געענדיגט איז ער געקומען צום בעל הבית בעטן עסן, זאגט אים דער קמצן: "קום מיט מיר", און ער פירט אים צום שכן'ס הויז - די הויז פונעם צווייטן עושר - זאגנדיג: "קלאפ אריין ביי דעם טיר, דא וועסטו אלעס באקומען; עסן, געלט וכו'", דער ארימאן האט געמיינט אז דאס איז איין זאך, איין בעל הבית; האט ער אריינגעקלאפט און תיכף ומיד האט מען אים אויף גענומען מיט א מורא'דיגע שמחה און אים געגעבן צו עסן מכל טוב וטוב, אינמיטן עסן האט זיך דער ארימאן אנגערופן: "איך האב זייער שווער געהארעוועט פאר די עסן", ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס הייסט?" האט ער געענטפערט: "איך האב געהאקט האלץ א גאנצן טאג ביז איך האב באקומען דאס עסן, דאס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג", האט מען אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", מען האט אים ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, אז דאס זענען צוויי מענטשן און אויב וואלט ער קודם אנגעקומען אהער וואלט ער בכלל נישט געדארפט ארבעטן, ווייל דא געבט מען פאר יעדן איינעם עסן בחינם.


מוהרא"ש זאגט אז דער רבי לערנט אונז מיט די מעשה אז דער אייבערשטער געבט פאר יעדן איינעם עסן און געלט אומזיסט, אבער אז מען זינדיגט דארף מען ארבעטן אפצוקומען דאס וואס מען האט שלעכטס געטון. דאס האט מען געזאגט פאר דעם ארימאן: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", א מענטש האט געזינדיגט דארף ער ארבעטן ביטער שווער און מיט דעם קומט ער אפ זיינע עבירות, אבער פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם בחינם.


גיי צום אייבערשטן און רעד מיט אים יעדן טאג אפאר מינוט, זאלסט אים בעטן עס זאל דיר אנקומען גרינג דיין פרנסה און דו זאלסט זיך נישט דארפן אזויפיל מוטשען, ווייל מיט תפילה קען מען אלצדינג באקומען. זאלסט נישט אויפהערן צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן מיט א גרינגערע פרנסה, בעט אים: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן פרנסה בריווח, העלף מיר איך זאל טרעפן א פרנסה וואס איך זאל אויך האבן צייט צו לערנען, דאווענען און פארברענגען מיט מיין ווייב און קינדער", אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג וועסטו זען אז דער אייבערשטער וועט מאכן א נס און דו וועסט טרעפן א גרינגע פרנסה.


שטארק זיך אין אמונה וועט דיר אנקומען דיין פרנסה אסאך גרינגער, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ממון, סימן פג): "אֱמוּנָה הוּא טוֹב לְפַרְנָסָה", אז מען האט אמונה האט מען פרנסה; נעם אריין אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער און דיין פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.

#28 - וואס טו איך אז מיין ראש הכולל איז זייער נערוועז?
לימוד התורה, פרנסה, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן אין א כולל, אבער דער ראש הכולל איז אלעמאל אנגעצויגן און ברוגז אויף די אינגעלייט, און דאס שטערט ממש פון צו קענען לערנען געהעריג מיט ישוב הדעת. האט איר אפשר אן עצה פאר מיר וואס איך קען טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גאנצע זאך פון גיין אין כולל איז נישט אזוי פשוט; א יונגערמאן וואס האט חתונה געהאט דארף גיין ארבעטן און ברענגען פרנסה, אזוי ווי ער האט געשריבן אין די כתובה: "וַאֲנָא אֲפַלַח וְאוֹקִיר וְאֵיזּוֹן וַאֲפַרְנֵס יָתִיכִי כְּהִלְכוֹת גּוּבְרִין יְהוּדָאִין, דְּפָלְחִין וּמוֹקְרִין וְזָנִין וּמְפַרְנְסִין לִנְשֵׁיְהוֹן בְּקוּשְׁטָא", איך וועל דיר שפייזן אזוי ווי א איד דארף שפייזן זיין ווייב מיט אן אמת; דאס איז דער דרך התורה, אז דער מאן זאל ברענגען פרנסה און די ווייב זאל אויפציען די קינדער, טון די שטוב ארבעט, מסדר זיין די שטוב, קאכן פאר די מאן און קינדער און אזוי ווייטער.


'כולל' איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם, כולל איז נאר געמאכט פאר יונגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה, זיי לערנען מיט גרויס התמדה און זענען נישט מבטל קיין איין רגע. דעמאלט איז א גרויסע זאך אז די ווייב איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין און ברענגען פרנסה אז איר מאן זאל זיצן און לערנען, אבער דאס וואס יונגעלייט זיצן אין כולל און גייען ליידיג וכו' בשעת די ווייב זייערע דארף זיך ארויס שלעפן ארבעטן עבודת הפרך, נאכדעם נעמט ער די געלט פאר זיך מעשה פריץ און טיילט איר איין וואס צו טון דערמיט וכו' - דאס איז א שרעקליכע זאך, דאס ווייזט אז דער מענטש איז פול מיט אכזריות.


יעצט וועסטו שוין פארשטיין פארוואס דיין ראש הכולל איז אזוי ברוגז; ער דארף זוכן צו שאפן געלט צו צאלן פאר די כולל יונגעלייט ווען רובו דרובם דרייען זיך ליידיג און בטל'ן די צייט. השם ישמרינו וואס קומט ארויס פון גיין ליידיג! איז אוודאי פארשטיי איך דיין ראש הכולל פארוואס ער איז ברוגז; ער זוכט פון וואו ער קען אויס האלטן די יונגעלייט, און ווען ער בעט זיך אז מען זאל לערנען לאכט מען אים אין פנים וכו'.


דו פרעגסט וואס דו קענסט טון; דו האסט צוויי ברירות, אדער זעץ דיך לערנען פלייסיג, דעמאלט וועט ער נישט זיין ברוגז אויף דיר, נאר ער וועט דיר מחזק זיין און העלפן מצליח זיין אין לערנען. אבער אויב דו האלסט נישט ביים לערנען לאז אפ כולל; פארוואס זאלסטו זיצן אין כולל און מבטל זיין צייט און גורם זיין צער פאר דיר און פאר דיין ראש הכולל? ענדערש גיי זוך א מלאכה קלה ונקיה, א זויבערע ריינע ארבעט, און ווען דו האסט אביסל איבעריגע צייט זאלסטו לערנען פאר דיר אביסל חומש, אביסל משניות און אביסל גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#27 - ווי אזוי פיר איך זיך מיט שחרית, ווען איך לויף שפעט צו די ארבעט?
פרנסה, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און פאר מיין לעבן. איך ארבעט שווער פאר פרנסה, איך דארפן פארן יעדן טאג א ווייטע וועג צו מיין ארבעט, און אמאל פלעג איך לויפן פאר די שקיעה און לייגן תפלין ערגעץ אין א ווינקל, אבער זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים דאווען איך ב"ה יעדן טאג אלע דריי תפלות מיט מנין, און איך גיי אין מקוה יעדן טאג חק ולא יעבור.


איך האב געוואלט פרעגן אזוי, איך בין זייער באגרעניצט אין צייט אינדערפרי, און איך קום אסאך מאל אן שפעט צום דאווענען. האב איך דאן צוויי ברירות, אדער אויסצולאזן די הללויה'ס און עס משלים זיין שפעטער אויפ'ן באס צום ארבעט, איידער איך הייב אן מיינע שיעורים, אדער קען איך דאווענען געהעריג און גארנישט אויסלאזן, אבער לכבוד דעם וועל איך נישט דאווענען מיט מנין. וואס איז ענדערש צו טון?


יישר כח נאכאמאל פאר אלעס.


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט אין שול יעדן טאג דאווענען מיט מנין.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.): עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי? תְּלָתָא פַּרְסֵי", און ער איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן. האט דער אייבערשטער געמאכט א נס אז עס זענען געקומען קליינע ווערעמלעך און געלעכערט דעם בארג ביז דער בארג איז אים אריין געפאלן אויפן האלז און אים דערשטיקט, נאכדעם איז געקומען משה רבינו, ער האט געגעבן א שפרינג און אים דערלאנגט א קלאפ אויף זיין פיס און אים גע'הרג'עט.


זאגט דער רבי, אז 'עוג מלך הבשן' דאס איז דער 'יצר הרע' וואס ער האט פיינט יעדן איד און וויל אים הרג'נען. ווען ער זעט אז א איד האלט זיך אין מחנה ישראל דורך די 'ג' פרסה', דאס הייסט זיינע דריי תפילות, נעמט ער זיך איבער אים און זאגט: 'איך וועל אויסרייסן פון אים די דריי תפילות, אזוי וועל איך אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל'.


דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער שטארק אז א מענטש זאל אנהייבן מזלזל זיין אין דאווענען; קודם הייבט דער מענטש אן צו פארפאסן מנחה מעריב, נאכדעם הייבט מען אן שניידן פון שחרית; מען ווערט א גאנצער תלמיד חכם - מען ווייסט שוין וואס איז דער עיקר דאווענען און וואס איז נאר א לכתחילה וכו' וכו', ביז מען הערט אויף אינגאנצן צו דאווענען; אזוי נעמט דער יצר הרע אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן.


אבער דער צדיק אמת - משה רבינו - לערנט אויס פארן מענטש: "געב א שפרינג" – "טאנץ ארויס פון בעט", און "טאנץ אריין אין שול", מיט דעם הרג'עסטו דעם יצר הרע. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח.): "בָּא לְהָרְגְךְ - הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ", לייגט דער זוהר הקדוש צו איין ווארט (הקדמת תקוני זהר, ח:): "הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ - בִּצְלוֹתָא"; הרג'ע אים מיטן דאווענען, ווייל דורך דעם וואס מען מען דאווענט שחרית מנחה מעריב הרג'עט מען דעם יצר הרע.


שנייד נישט קיין שטיקלעך ביים דאווענען; געוואוין זיך צו צו דאווענען פון 'אדון עולם' ביז 'עלינו לשבח' ווארט ביי ווארט אין א סידור. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "נאך אלע כוונות וואס איך ווייס, ווען עס קומט צום דאווענען דאוון איך ווי קינד  - בתמימות ובפשיטות"; דער עיקר איז צו דינען דעם אייבערשטן אן קיין שום דריידלעך.


א ליכטיגן חנוכה.

#26 - פארוואס געבט מיר דער אייבערשטער נישט קיין פרנסה?
תפילה והתבודדות, פרנסה, סגולות, ברכת המזון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, איך ארבעט עלף שעה א טאג פאר פרנסה, און איך הער אסאך אייערע דרשות בשעת מיין ארבעט, און איך לערן זיך אזויפיל עצות אין לעבן פון די שיעורים, און פארשטייט זיך אז דאס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן, און האט מיר ארויסגעהאלפן אין פילע הינזיכטן.


איך פרוביר צו רעדן אסאך צום אייבערשטן, אים בעטן אלעס וואס איך דארף, און איך זע טאקע גרויסע ישועות ווי דער אייבערשטער העלפט מיר אזויפיל מאל, אבער ביי איין זאך שפיר איך ווי דער אייבערשטער ענטפערט מיר נישט, דאס איז ביי פרנסה. איך בעט אזויפיל דעם אייבערשטן אויף פרנסה, איך וויין און איך וויין צום אייבערשטן אז איך זאל האבן פרנסה בשפע ובניקל, אבער איך זע נישט גארנישט עס זאל מיר עפעס בעסער ווערן. איך גלייב אז דאס איז זיכער פאר מיין טובה, דער אייבערשטער פארשטייט בעסער וואס ס'איז גוט פאר מיר, אבער ווי אזוי קען איך בעסער מאכן מיין מצב, נאכדעם וואס ס'איז שוין דורך אכט יאר און איך זע נישט קיין שום ישועה?


איך בעט זייער איר זאלט מיר ענטפערן און ארויסהעלפן, ווייל איך שפיר ממש אז איך האלט עס שוין מער נישט אויס.


א גרויסן יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי קענסטו זאגן אז עס איז שוין אריבער אכט יאר און דו זעסט נישט קיין ישועה; ווער האט דיר געגעבן עסן די אכט יאר? ווער האט דיר געגעבן קליידער - פאר דיר, דיין ווייב און קינדער  - די אכט יאר? נאר דער אייבערשטער!


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "לְעוֹלָם אֲפִילוּ בַּעַל הַנֵס אֵינוֹ מַכִּיר בְּנִיסוֹ", דער מענטש כאפט נישט וואספארא ניסים דער אייבערשטער מאכט מיט אים יעדן טאג; א מענטש טראכט: 'עס קומט אז איך זאל זיין געזונט וכו', מיר וועט גארנישט פאסירן קיין שלעכטס' און ער כאפט נישט אז יעדע רגע וואס ער לעבט איז מיט ניסים.


די הייליגע חכמים זאגן (שמות רבה כד, א): "בּוֹא וּרְאֵה כַּמָּה נִסִּים עוֹשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עִם הָאָדָם וְהוּא אֵינוֹ יוֹדֵעַ", טראכט אריין וואספארא נסים דער אייבערשטער מאכט פאר אונז און מען כאפט דאס ניטאמאל, "שֶׁאִלּוּלֵי הָיָה אוֹכֵל פַּת כְּשֶׁהִיא חַיָּה הָיְתָה יוֹרֶדֶת בְּתוֹךְ מֵעָיו וּמְשָׂרֶטֶת אוֹתוֹ", ווען מען עסט ווען טריקענע ברויט וואלט דאס צעקראצט דעם מאגן און מען וואלט נישט געקענט לעבן, "אֶלָּא בָּרָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בְּתוֹךְ גַּרְגַּרְתּוֹ שֶׁהוּא מוֹרִיד אֶת הַפַּת בְּשָׁלוֹם", וואס טוט דער אייבערשטער? ער האט באשאפן אינעם האלז אזוי ווי א קוואל מיט וואסער - די שפייעכץ - אז די עסן זאל נישט צעקראצן און דערווערגן דעם מענטש; קיינער טראכט נישט פון דעם אז דאס איז אויך א נס, אז די עסן קען אראפ גיין בשלום אינעם האלז וכו', מען טראכט נישט צו דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט באשאפן שפייעכץ, און דאס איז בלויז איינע פון די טויזענטער ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט פאר אונז.


קוק אויף צוריק וועסטו זען ווי דיינע תפילות ווערן אנגענומען; אכט יאר וואס דו לעבסט א שיינע לעבן מיט א ווייב און קינדער, דו ברענגסט זיי עסן און קליידער, פון וואו האסטו דאס? אלעס קומט דאך נאר פונעם אייבערשטן!


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם ווארט פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו וואס ער טייטש דעם פסוק (שמות לג, כג): "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ", אז א מענטש וויל זען דעם אייבערשטער ווי אזוי ער וועט אים העלפן - דאס קען מען נישט זען, אבער אז מען קוקט צוריק זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן. מיט דעם טייטש ער: "וְרָאִיתָ - אֶת אֲחֹרָי" – קוק אויף צוריק, קוק וואספארא חסדים איך האב געטון מיט דיר, וועסטו מיר זען; אבער "וּפָנַי - לֹא יֵרָאוּ" – וואס וועט זיין? ווי אזוי וועל איך האבן די ישועה? דאס ווייסט מען נישט און מען קען דאס נישט זען פון פאראויס, נאר מען דארף גלייבן, ווארטן, האפן און בעטן.


דו בעסט אן עצה פאר פרנסה בריוח; נעם די עצה וואס מוהרא"ש האט שטענדיג גע'חזר'ט מיט אונז, מען זאל בענטשן ברכת המזון דוקא אין א בענטשער. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס וואס ער האט זוכה געווען צו אזא גרויסע עשירות איז נאר בזכות וואס ער פלעגט קיינמאל נישט בענטשן פון אויסענווייניג, ער האט נאר געבענטשט אין א בענטשער.

#25 - ווי אזוי קען איך גלייבן אז איך גיי האבן פרנסה, ווען איך ווייס מיינע עבירות?
קדושה, פרנסה, אמונה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט לעצטנס אויף א "חיזוק יומי" אז אמונה ציט צו זיך די ישועה, ווען א איד גלייבט אמת'דיג אז ער וועט געהאלפן ווערן, וועט ער טאקע געהאלפן ווערן, צום ביישפיל אויב גלייבט א מענטש אז ער וועט האבן פרנסה, וועט ער טאקע האבן. ווען א מענטש זעט אז ס'גייט אים נישט קיין איין דזשאב און הערט אויף גלייבן אז ער קען נאך אמאל פרנסה, דאס אליין מאכט אים אז ער זאל טאקע נישט האבן קיין פרנסה.


מיין שאלה איז אז דער רבי זאגט דאך בפירוש אז דורך פגם הברית האט מען נישט קיין פרנסה, מוז איך דאך גלייבן מיט אמונת צדיקים אז ס'איז טאקע אזוי, און אזוי ווי איך ווייס דאך מיינע פראבלעמען, דעריבער יעדעס מאל וואס איך גיי צו צו א נייע ארבעט אדער ביזנעס, זאג איך מיך אליין אין מח אז ס'וועט זיך זיכער נישט אויסארבעטן גוט, ווייל איך דאך נישט אזא ערליכער איד.


איז די שאלה ווי אזוי קען איך טאקע גלייבן אז איך וועל יא מצליח זיין אין פרנסה.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אז דו קענסט פאררעכטן; אז מען איז נכשל געווארן מיט עבירות טאר מען זיך נישט פארלירן און זיך אראפקלאפן צוליב דעם, נאר מען דארף זיך גלייך אומקערן צום הייליגן באשעפער.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיך צוגעוואוינען צו זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי" - די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געווען צו מתקן זיין דורך דעם די עבירה פון פגם הברית [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ]; בפרט אז דו ביסט אראפגעפאלן אין די עבירה רחמנא לצלן און דו האסט נישט עומד געווען בנסיון זאלסטו זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים. אז דו קענסט גיין אין מקוה - מה טוב ומה נעים, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בניקל.


אז דו מוטשעסט זיך מיט פרנסה זאלסטו נעמען די עצה פון הייליגן רבי'ן זיך צו מתבודד זיין יעדן טאג; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן פרנסה גרינגערהייט, בעט אים: "הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, געב מיר פרנסה איך זאל קענען מפרנס זיין מיין ווייב און קינדער. זיי מיר מוחל רבונו של עולם אויף מיינע עבירות; איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי מער נישט זינדיגן. העלף מיר איך זאל קענען עומד זיין בנסיון, וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ נאכאמאל און נאכאמאל?" אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן וועט ער דיר העלפן אז דו וועסט האבן פרנסה בשפע. אבער נאר אז דו וועסט זיך נישט פארלירן און מייאוש ווערן; קלאפ זיך נישט אראפ, נאר גיי ארום מיט א מחשבה אז דו גייסט מצליח זיין און אזוי וועסטו טאקע מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#24 - איך מוטשע זיך מיט פרנסה, זאל איך זיך אריינלאזן אין לאטעריעס און געמבלינג?
פרנסה, שאלות, געמבלינג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שלום וברכה, איך האב געוואלט פרעגן וועגן קויפן די לאטערי, אדער פארשידענע אנדערע גורלות, ווי אויך איז דא געוויסע פארמעסטן וואו מ'צאלט אריין געלט אויפ'ן חשבון אז אויב ס'וועט זיין אזוי און אזוי וועט מען געווינען אסאך געלט, וויל איך וויסן אויב די אלע זאכן זענען אויסגעהאלטן על פי הלכה.


לעצטנס גייט מיר שווער אין פרנסה, האב איך זיך אריינגעלאזט אין די זאכן, איך ווייס אבער נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן, אדער אפשר איז דאס גאר אין כלל פון השתדלות פאר פרנסה.


איך הער אז ס'זענען דא מענטשן וואס ווערן פארקויפט פאר דעם און זיי פאלן אריין אין גרויסע חובות, פון די אנדערע זייט זעט מען אבער ביי מענטשן וואס לייגן זיך אריין אין ביזנעס אז זיי קענען אויך אריינפאלן אין חובות, און אפשר איז דא עפעס אן עצה אז מ'זאל נישט ווערן פארקויפט פאר דעם?


יישר כח, אהרן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע צו זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי" - די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געווען צו מתקן זיין פגם הברית [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ]; ווייל דאס וואס א מענטש מוטשעט זיך אזוי שווער צו ברענגען פרנסה קומט ווייל מען האט נישט מתקן דעם תיקון הכללי - פגם הברית.


דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט ער זיין אן ארימאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוצא זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארימאן; און אז מען זאגט די צען קאפיטליך תהילים פאררעכט מען וואס מען האט פוגם געווען, און מען איז זוכה צו פרנסה בניקל (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט).


אז דו מוטשעסט זיך מיט פרנסה זאלסטו נעמען די עצה פון הייליגן רבי'ן זיך מתבודד זיין יעדן טאג; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן פרנסה גרינגערהייט, בעט אים: "הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, געב מיר פרנסה איך זאל קענען מפרנס זיין מיין ווייב און קינדער; עס איז מיר אזוי שווער, איך האב נישט קיין כח, וויפיל איך פארדין איז עס מיר נישט גענוג".


טייערער ברודער, וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא קיין זיסערע און געשמאקערע זאך ווי ווען א מענטש רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער וויינט צו אים און ער פארציילט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, דורך דעם איז מען זוכה צו האבן פרנסה.


מוהרא"ש זאגט אז דאס איז מרומז אין פסוק (בראשית מג, ל): "וַיָּבֹא הַחַדְרָה וַיֵּבְךְּ שָׁמָּה", נאכדעם שטייט (שם, לא): "וַיִּרְחַץ פָּנָיו, וַיֵּצֵא וַיִּתְאַפַּק, וַיֹּאמֶר שִׂימוּ לָחֶם"; ווייל די טרערן וואס א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן און וואשט זיך אפ דערמיט זיין פנים, דאס נעמט אראפ אלע עבירות פונעם מענטש, דאס וואשט אפ דעם מענטש פון אלע זיינע שלעכטס ביז מען איז זוכה צו האבן פרנסה.


אז דו וועסט זיך צו געוואוינען צו מאכן התבודדות, דו וועסט אויס שמועסן דיין הארץ צום אייבערשטן וועט דיר ליכטיג ווערן דיין לעבן, דו וועסט אנהייבן לעבן מיט אמונה, דו וועסט זיך נישט אויפרעגן אויף יעדע קליינקייט וואס גייט אנדערש ווי דו ווילסט עס זאל גיין, וואס דאס איז אויך א גרויסע סגולה פאר פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח): "כעס איז מזיק די פרנסה".


מיר זאגן דריי מאל טאג דעם מזמור "תהלה לדוד" (תהלים, קמה); ווען מען זאגט פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ דארף מען אינזינען האבן דעם שם פון חת"ך אפ"י, די ראשי תיבות פון פ'ותח א'ת י'דיך איז חת"ך אפ"י, דער שם איז מסוגל אויף פרנסה; ווייל אז מען שניידט אפ [חותך] דעם צארן [אפי] וואס דאס איז די כעס, דורכדעם איז מען זוכה צו האבן פרנסה, און אויב חס ושלום מען שניידט נישט אפ דעם אפי פארלירט מען די פרנסה.


לאז דיך אפ פון די אלע דמיונות פון לאטעריס און אנדערע סארט געמבלס; דאס איז אלעס א שפיל פונעם שטן ווי אזוי צו פארנארן מענטשן. וויי פאר די וואס פאלן אריין אין דעם ביטערן נעץ, מען פארלירט די גאנצע געלט און נאכדעם פארלירט מען דאס לעבן השם ירחם.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן א יאר מיט גרויס שפע.

#23 - ווי אזוי קען איך האבן געלט, אז מיין טאטע האט גארנישט מיר צו געבן?
לימוד התורה, בחור, כיבוד אב ואם, פרנסה, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, און מיין טאטע האט נישט קיין פרנסה, ער האט אסאך חובות. אסאך מאל דארף איך עפעס קויפן אבער איך האב נישט פון וועמען צו בעטן געלט, ווייל מיין טאטע האט באמת מיר נישט צו געבן, און איך האב זיכער נישט. זאל איך אפשר גיין נאך צדקה? אדער זאל איך גיין ארבעטן?


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב אין ישיבה לערנען תורה. דו וועסט נאך גענוג ארבעטן אין לעבן; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן און דו וועסט דארפן ברענגען פרנסה פאר דיין משפחה, דעמאלט וועסטו יוצא זיין דעם (בראשית ג, יט): "בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם"; דעריבער זאלסטו בלייבן לערנען די הייליגע תורה וועט דער אייבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.


אין שלחן ערוך הלכות צדקה ווערט גע'פסק'ט (יורה דעה, סימן רנ), אז ווער עס האט נישט קיין געלט מעג גיין נאך געלט; דעריבער אז דיין טאטע האט נישט קיין פרנסה, ער זינקט אין חובות און דו האסט נישט פון וועם צו בעטן געלט ווען דו דארפסט קויפן מלבושים וכדומה - מעגסטו גיין נאך געלט; אבער גיי נישט נאך געלט נאר פאר וואס דו דארפסט.


גיי נאך געלט פאר דיינע עלטערן; עס נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי דאס אז א קינד העלפט זיינע עלטערן. ביי אונז אין ישיבה איז דאס איינגעפירט ביי אלע בחורים, זיי גייען נאך געלט יעדע נאכט ביי הייזער און ביי חתונות; אביסל ברענגען זיי פאר די ישיבה און די איבעריגע געלט געבן זיי פאר די עלטערן, זיי צאלן אויס די באלאנס אין גראסערי, און ביי די פיש און פלייש געשעפט; זיי דערשמעקן אין שטוב וואו מען דארף געלט און פארוואס מען דארף געלט און שטעלן דאס צוזאם שטילערהייט.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי העלפן די עלטערן זיי זאלן קענען לעבן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן און איך בעט פון ענק נאר איין זאך "איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; דעריבער זאלסטו בלייבן אין ישיבה לערנען פלייסיג. מיט דעם וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן און ביינאכט זאלסטו העלפן דיינע עלטערן וויפיל דו קענסט.


אז דו גייסט צוזאמשטעלן געלט פאר דיינע עלטערן זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין בדרך כבוד, ווייל עס איז גארנישט ווערד אז א קינד האלט אויס זיינע עלטערן און ער רעדט צו זיי מיט חוצפה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה פרק א, הלכה א): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", עס איז דא אמאל א קינד וואס האלט אויס זיין טאטע, ער ברענגט אים צו עסן געשטאפטע גענז, מיט דעם אלעם וועט ער גיין אין גיהנום, "וְיֵשׁ שֶּׁהוּא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", ווידעראום איז דא אמאל א קינד וואס מאכט זיין טאטע טון שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער האבן גן עדן; ווי אזוי קען זיין א מענטש וואס געבט זיין טאטע צו עסן די בעסטע עסן זאל גיין אין גיהנום? ברענגט די גמרא אראפ א מעשה, עס איז געווען א מעשה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה מַאֲכִיל לְאָבִיו תַּרְנְגּוֹלִים פְּטוּמִים, עס איז געווען איינער וואס האט אויס געהאלטן זיין טאטע, דער טאטע איז שוין געווען אלט, ער האט נישט געקענט ארבעטן און דער זון פלעגט אים ברענגען יעדן טאג געשטאפטע גענז, "פַּעַם אַחַת אָמַר לוֹ אָבִיו: בְּנִי, הַלָּלוּ מִנַּיִן לְךָ?" איין טאג פרעגט אים זיין טאטע: פון וואו האסטו אזעלכע געשמאקע גענז? "אָמַר לוֹ: זָקֵן, זָקֵן, אֱכֹל וּשְׁתוֹק, שֶׁהַכְּלָבִים אוֹכְלִים וְשׁוֹתְקִים", האט ער זיך אנגערופן צום טאטן מיט געשפעט: אלטע טאטע וואס רעדסטו אזוי פיל, שווייג און עס, אפילו הינט ווען זיי עסן בילן זיי נישט, פרעג נישט קיין קשיות, עס און שוין, "נִמְצָא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", קומט אויס אז אין הכי נמי, ער געבט טאקע צו עסן דעם טאטן, אבער ער וועט גיין ביים סוף אין גיהנום, ווייל ער רעדט מיט חוצפה.


נאכדעם איז דא איינער וואס נעמט דעם טאטן צו ארבעטן שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער גיין אין גן עדן, ווי אזוי איז דאס שייך? דערציילט די גמרא: "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה טוֹחֵן בָּרֵחַיִים", עס איז געווען איינער וואס האט געארבעט שווער ביי א מיל, "שָׁלַח הַמֶּלֶךְ לְהָבִיא טוֹחַנִים לַעֲבוֹדָתוֹ", איין טאג האט דעם איד'ס טאטע באקומען א באפעל פונעם קעניג ער זאל קומען ארבעטן ביי אים אין פאלאץ, "אָמַר לוֹ לְאָבִיו, אַבָּא, הִכָּנֵס וּטְחֹן תַּחְתַּי וַאֲנִי אֵלֵךְ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ", האט דער זון געזאגט: טאטע, נעם איבער מיין ארבעט ביים מיל און איך וועל גיין אנשטאט דיר ארבעטן ביים קעניג, "אִם יַגִּיעַ לִידֵי בִּזָּיוֹן, אֶתְבַּזֶה אֲנִי וְלֹא אַתָּה", אז דו זאלסט נישט ווערן פארשעמט ביים קעניג, (אדער ווי רש"י זאגט (בבלי קידושין לא:): וַאֲנִי אֵלֵךְ תַּחְתֶּיךָ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ שֶּׁאֵין לָהּ קִצְבָה), "נִמְצָא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", קומט אויס אז דער האט געמאכט זיין טאטע ארבעטן שווער און ער באקומט שכר אויף דעם; זעט מען פון דעם אז עס איז נישט גענוג צו העלפן א טאטע בלויז מיט געלט, ווייל אויב מען רעדט מיט עזות וועט מען באקומען א גרויסער עונש.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און האבן פרנסה בשפע אז דו זאלסט שטענדיג קענען העלפן דיינע עלטערן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#22 - וואס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי ארויסצוגיין פון חובות?
תפילה והתבודדות, פרנסה, חובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די שיעורים און בריוו וואס וואס געטוישט מיין גאנץ לעבן צום גוטן ברוך ה'.


איך האב זיך געטראפן אין גרויסע חובות פון איבער פופציג טויזנט דאלער, איך האב גענומען א דרך פון ברסלב פון איינע פון די גרויסע משפיעים אין ארץ ישראל וואס ער זאגט אז דער רבי האט געהייסן מאכן התבודדות פאר א גאנצע שעה יעדן טאג, ער שרייבט אין זיין ספר אז דער רבי זאגט אז ס'איז דא אן עבירה וואס די שטראף אויף דעם איז אז מ'ווערט א בעל חוב, איז ער מסביר די וועג ווי אזוי ארויסצוקריכן דערפון, און ער מאכט א סדר ווי אזוי צו רעדן צום אייבערשטן די שעה, די ערשטע האלבע שעה דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן פאר די מתנה פון חובות, ווייל אויב דער אייבערשטער האט מיר אריינגעפירט אין חובות איז דאס זיכער גוט פאר מיר, און ביי די צווייטע האלב שעה דארף מען בעטן דעם אייבערשטער ער זאל מיר אויפמאכן די אויגן צו זען וועלכע עבירה איך האב געטון וואס דאס האט מיר געמאכט פאר א בעל חוב. איך טו דאס שוין פאר בערך פינף זעקס חדשים, און דער מצב איז טאקע געווארן אסאך בעסער.


לעצטנס האב איך אנגעהויבן לערנען אשר בנחל, און ס'זעט מיר נישט אויס אז מוהרא"ש איז געגאנגען אויף דעם מהלך, האב איך געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר קלאר שטעלן וואס איז דער ריכטיגער וועג פאר מיר לויט ווי מוהרא"ש האט געלערנט, ווי אזוי תשובה צו טון אויף די עבירה וואס ברענגט חובות, און א וועג ארויסצוגיין פון חובות.


א גרויסן יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לעבסט מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי בלאזט אריין אין אונז א חיות - א לעבן אז מיר זאלן זיך קענען דערהאלטן מיט אלע כוחות אנצוגיין אפילו ווען עס גייט אריבער אויף אונז שווערע צייטן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט א וועג ארויס צו גיין פון חובות; מען זאל גיין נאך געלט און באצאלן צוביסלעך. אז דו האסט חובות אין די סומע פון פופציג טויזנט דאללער, הייב אן צו באצאלן צוביסלעך, זאג נישט: "ווען איך וועל האבן די גאנצע סכום אויף איין מאל וועל איך עס באצאלן", נאר טו אזוי: אז דו קומסט פארן פיש געשעפט טויזנט דאללער ווארט נישט ביז דו וועסט האבן טויזנט דאללער אים צו באצאלן, ווייל קיינער האט נישט קיין עקסטערע טויזנטער דאס צו גיין באצאלן אויף איין מאל, אבער א פינפער האסטו - יא? גיי אריין און לייג עס אויפן חשבון, און אזוי ווייטער ביי די אנדערע פלעצער וואו דו ביסט שולדיג געלט, גיי יעצט און טראג אריין אין געשעפט א פינפער, א צענער, א צוואנציגער, וויפיל דו האסט אין טאש.


די הייליגע חכמים לערנען אונז (אבות ב, ד): "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפְנֶה" - וועל איך באצאלן, "שֶׁמָּא לֹא תִּפָּנֶה" - ווייל ווער זאגט אז דו וועסט האבן צו באצאלן? אז מען פאלגט א צדיק און מען צאלט צוביסלעך, דאן קומט אריין די ברכה און מען קען אלעס באצאלן.


ווען מוהרא"ש האט חתונה געהאט האט ער אליינס אפגעדרוקט אלע דעם רבינ'ס ספרים און ער איז געבליבן שולדיג פארן דרוקער איבער אכציג טויזנט דאללער (אפילו היינט איז אכציג טויזנט דאללער א סאך געלט, כל שכן דעמאלט בימים ההם איז עס געווען עטליכע מאל די היינטיגע ווערד), פלעגט מוהרא"ש שטענדיג דערציילן ביי די שיעורים ווי אזוי ער האט באצאלט דעם מדפיס; ער האט דאס אליינס באצאלט אן קיין עסקנים און אן קיין גמחים, ער איז יעדן טאג אריין צום דרוקער און באצאלט אויפן חשבון וויפיל ער האט געהאט אין טאש, ביז ער האט אלעס באצאלט. און אזוי פירן זיך די ערליכע ברסלב'ע חסידים, זיי באצאלן צוביסלעך וואו זיי זענען שולדיג.


דאס וואס דו פרעגסט וואס איז די עבירה וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "יֶשׁ עֲבֵירָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵירָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא עבירות וואס דאס מאכט אז דער מענטש זאל שטענדיג זיין א בעל חוב; דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. ווען א מענטש איז חס ושלום פוגם בברית, ער היט זיך נישט די אויגן, ער קוקט מאוויס און קליפס פון עבירות רחמנא לצלן, ווערט פארשטאפט זיין מח און עס ווארפט אים אריין אין א קטנות הדעת, ער מיינט אז ער מוז בארגן געלט, און צום סוף בלייבט ער נעבעך א גרויסער בעל חוב.


די איינציגסטע עצה ארויסצוקריכן פון אלע חובות איז אז מען טוט תשובה און מען וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, מען בעט אים אז מען זאל ארויס קריכן פון די בלאטע וואו מען איז אריין געפאלן, מען בעט אים ער זאל געבן שפע כדי מען זאל קענען באצאלן אלע חובות.


דערפאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף אידיש יעדן טאג, ער זאל דיר העלפן דו זאלסט האבן שפע און דו זאלסט קענען באצאלן אלע דיינע חובות.


אויב דו ווילסט באמת באצאלן דיינע חובות זאלסטו אננעמען די עצה פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: גיי נאך געלט יעדן טאג און אזוי זאלסטו צוביסלעך באצאלן דיינע חובות; עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, עס איז א בושה צו זיין א גנב, עס איז א בושה ווען מען בארגט געלט און מען באצאלט נישט.


על פי הלכה (שולחן ערוך יורה דעה, סימן רנ) אויב מען האט נישט קיין געלט קען מען גיין נאך געלט פאר זיך אליינס; פארשטייט זיך אז אין שטוב איז נישט כדי צו זאגן אז מען גייט נאך געלט פאר זיך, מען זאגט 'איך גיי נאך געלט פאר א חבר וואס האט נישט אויף יום טוב' וד"ל.


דו זאלסט ווייטער רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים בעטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט קענען באצאלן פאר יעדן איינעם ביזן לעצטן פרוטה כדי דו זאלסט קענען אוועק גיין פון דער וועלט אן צו זיין שולדיג פאר א צווייטן אפילו איין פרוטה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#21 - לערנען ווען מ'שטייט אין געשעפט, ברענגט נישט קיין ביטול תורה?
לימוד התורה, פרנסה, משניות, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די געוואלדיגע שיעורים וואס זענען מיר ממש מחיה און ווייזן מיר דעם ריכטיגען וועג אין לעבן.


איך האב געהערט אויף איינע פון די שיעורים אז ווען מ'שטייט אין געשעפט און מ'ווארט אז קאסטומערס זאלן אריינקומען, זאל מען אין די צייט האבן א קליינע גמרא אדער משניות וכדומה, און אויסנוצן די ליידיגע צייט מיט לימוד התורה.


האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס הייסט נישט קיין ביטול תורה, אז מ'דארף מפסיק זיין אינמיטן לערנען ווען א קאסטומער קומט אריין און מען דארף אים סערווירן.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען נוצט אויס די צייט און מען לערנט אינמיטן די ארבעט איז דאס נישט קיין ביטול תורה, דאס איז קיום התורה און דאס איז דער וועג צו מצליח זיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה", זאג נישט 'ווען איך וועל האבן צייט און איך וועל נישט זיין פארנומען, דעמאלט וועל איך לערנען', ווייל "שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", עס קען זיין אז דו וועסט קיינמאל נישט האבן קיין צייט; עס זענען דא מענטשן וואס זענען שטענדיג פארנומען, ממילא קען זיין אז יעדעס מאל וועט זיין אנדערע תירוצים פארוואס מען קען נישט לערנען, דעריבער דארף מען אריין כאפן צו לערנען תורה ווען מען האט נאר צייט.


אזוי פירן זיך ברסלב'ע חסידים עד היום הזה; זיי נעמען שטענדיג מיט זיך א זעקל ספרים - א חומש'ל, א משניות'ל און א תהילים וכדומה, און ווען מען האט נאר א איבעריגע מינוט כאפט מען אריין אביסל גוטס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) ווען א מענטש שטארבט און קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" זאגט דער רבי, דער פשט דערפון איז אז מען פרעגט די נשמה: "דו האסט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג, מיט אלע שוועריקייטן און איבערגייעכטס?" ווייל 'קֶבַע' איז א לשון פון 'גְּזֵלָה', אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ" (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד).


ביטול תורה הייסט, אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א חודש נאך א חודש - אן דעם וואס מען עפנט אויף א אידיש ספר; מען קען אויסקוקן פון אינדרויסן ווי א חשוב'ער אינגערמאן, אבער פון אינעווייניג איז מען א פיסטער יונג. עס גייט אריבער דעם יאר אן דעם וואס מען איז מעביר סדרה יעדע וואך, אן דעם וואס מען זאל אפילו האבן מסיים געווען איין מאל 'ששה סדרי משנה', אן דעם וואס מען זאל לערנען יעדן טאג א דף גמרא - דאס איז ביטול תורה.


דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן לערנען נישט; מען טראכט: 'איך בין אן ארבעטער, איך קען נישט לערנען. איך בין נישט קיין כולל אינגערמאן, איך בין נישט פון די רבנים וכו''; אזוי לעבט מען אפ דעם לעבן נעבעך אן תורה. אבער ווען מען וואלט ווען געוואוסט פון רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" וואלט יעדער איד געלערנט און מסיים געווען צענדליגער מאל ששה סדרי משנה און ש"ס וכו' וכו'; מען וואלט געהאט אויף אלעם די צייט.


א פרק משניות נעמט נישט לאנג צו לערנען, עס נעמט אין דורכשניט צוויי מינוט גורס צו זיין א פרק משניות. ווען מען הייבט אן גורס זיין משניות, מען זאגט א פרק נאך א פרק, אפילו מען פארשטייט נישט - דעמאלט היט מען די צייט. ווען מען האט אן איבעריגע מינוט, צי אינמיטן די ארבעט, צי מען איז אונטערוועגנס, צי מען ווארט ביי א דאקטער וכו' וכו', - כאפט מען אריין פרקים משניות, אזוי איז יעדע מינוט אפגעהיטן.


עס שטייט אין תיקוני זוהר (הקדמה, ה.) אז די ראשי תיבות פון זְ'רָעִים מ'וֹעֵד נָ'שִׁים נְ'זִיקִין קָ'דָשִׁים טָ'הֳרוֹת איז "זְמַן נָקַט"; האב איך געהערט פון א ברסלב'ער חסיד א הערליכע פשט, אז איינער וואס לערנט משניות האלט די צייט אין די האנט – "זְמַן נָקַט". וואו ער גייט נעמט ער מיט זיך א משניות, אזוי האט ער אסאך צייט.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, מען קען וויסן אויף איינעם צי ער דרייט זיך אין "היכל הקודש", אויב זעט מען אים שטענדיג מיט א משניות אין די האנט, איז א סימן אז ער דרייט זיך אין היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#20 - איך מוטשע זיך מיט פרנסה, און מיט תורה און תפלה, וואס טוט מען?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו אייערע שיעורים, וואס האבן מיר ממש געטוישט דאס לעבן צום גוטן. איך ארבעט אסאך שעות, און אין די איבריגע צייט פארברענג איך מיט מיין פאמיליע, און עס קומט מיר נישט אויס קיין צייט צו לערנען, ווען איך בין אבער געוואויר געווארן דורך אייך פון דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, האב איך אנגעהויבן צו לערנען, און איך האב ב"ה שוין געענדיגט גאנץ ששה סדרי משנה.


למעשה אבער קומט אפילו דאס אויך אן זייער שווער, דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף מיר און נעמט מיר ממש צו די גאנצע צייט, איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן אבער איך שפיר אז מיינע תפלות ווערן נישט געענטפערט.


מיין פרנסה איז נישט די בעסטע, סיי מיט דעם וואס איך ארבעט אויף א פלאץ מיט פרייע אידן, און דאס איז זייער נישט גוט פאר מיר, אויך מאך איך נישט גענוג געלט, קוים וואס איך קען ענדיגן דעם חודש, און פון קויפן א דירה איז שוין אפגערעדט אז ס'איז נישט מעגליך. איך בעט אזויפיל דעם אייבערשטן אז איך זאל טרעפן א בעסערע פרנסה, אויף א בעסערע פלאץ, דערווייל זע איך אבער נישטא אז די תפלות זאלן ברענגען פירות.


און אפילו דאס ביסל התבודדות קומט מיר אויך אן זייער שווער, די איינציגסטע צייט וואס איך האב צו מאכן התבודדות איז נאר שפעט ביינאכט, און ווען איך גיי שלאפן שפעט שטיי איך נאכדעם אויף שפעט, און דאס שטערט מיר דעם גאנצן טאג.


איך האף אז איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן און מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דארפסט טאנצן פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה אין דיין לעבן, וויפיל עלטערע מענטשן האבן נאך נישט געענדיגט אפילו איינמאל אין לעבן גאנץ ששה סדרי משנה; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט די הייליגע תורה.


משנה באטרעפט דריי הונדערט פינף אין ניינציג, און פרנסה באטרעפט אויך דריי הונדערט פינף אין ניינציג; בזכות לימוד משניות וועסטו האבן שפע ברכה און הצלחה.


יעדער איינער מוטשעט זיך; עס איז נישט דא אויף דער וועלט א מענטש וואס זאל זיך נישט פלאגן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד". אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישט דא קיין עולם הזה, נאר דא איז דער גיהנום אליין, ווייל יעדער איינער איז פול מיט יסורים. נאך זאגט דער רבי (שם) אז יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישט דא קיין איין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', און אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, ער לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישט דא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


איך בעט דיר זייער, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות; דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: ווען א מענטש דאנקט שטענדיג דעם אייבערשטן; ווען מען פרעגט אים: "וואס מאכסטו?" "וואס הערט זיך?" ענטפערט ער: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן", דאן זאגט דער אייבערשטער: "קוק אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און אזוי דאנקבאר; איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט, און מען געבט אים א גוט לעבן".


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר דיין ווייב און קינדער; דאנק אים אז דו ביסט געזנט און שטארק. וויפיל אידישע קינדער ליגן נעבעך אין שפיטאל מיט ביטערע יסורים; דאנק אים און לויב אים וועט ער דיר עפענען די הימל און דו וועסט זען די ניסים וואס ער דיר מאכן.

#19 - קביעת עתים אויף א פונקטליכער מינוט? וויפיל מוז מען ארבעטן? מעג מען מפרסם זיין סיומים?
לימוד התורה, פרנסה, סדר דרך הלימוד, סיום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר דעם וואס איר געבט די געלעגנהייט אייך צו קענען פרעגן שאלות, און פאר די הערליכע קלארע תשובות בטוב טעם ודעת.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן. איינס לגבי קביעת עתים לתורה, אויב דאס דארף זיין ממש אויף די זעלבע צייט יעדן טאג א גאנץ יאר, וואס דאס איז שווער מקיים צו זיין ווייל ס'דא צייטן וואס ס'ווערט פריער נאכט, און אנדערע צייטן ווערט שפעטער נאכט, און אויך איז דא שבתים וימים טובים וואס מ'קען אין די צייט זיין פארנומען מיט סעודות אדער דאווענען וכדומה.


צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן אויב איינער וואס ארבעט שוין 50 שעה א וואך, אבער ער מאכט נישט גענוג געלט צו דעקן אלע הוצאות, צי ער איז מחיוב מצד די כתובה ומצד די חיוב צו שפייזן די קינדער און צאלן שכר לימוד, צו ארבעטן מער שעות.


אויך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס שטייט אין שלחן ערוך (או''ח סימן תקס''ה וביו''ד סימן רמ''ט סי''ג) אז מ'זאל נישט מפרסם זיין אז מ'האט געפאסט אדער אז מ'האט געגעבן צדקה, אויב אזוי צי מעג מען מפרסם זיין אז מ'האט געענדיגט א מסכת, אדער אז מ'האט געענדיגט אזויפיל און אזויפיל מאל משניות?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, עקיבא

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד עקיבא נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.


בענין קביעות עתים לתורה; דער רבי האט אמאל געפרעגט א איד צי ער לערנט יעדן טאג, האט דער איד געענטפערט דעם רבי'ן אז ער האט נישט קיין צייט צו לערנען, ווייל ער איז פאריאגט און פארפלאגט, ער מוטשעט זיך זייער צו ברענגען פרנסה פאר זיין ווייב און קינדער, און ער האט ממש נישט קיין צייט צו לערנען. האט אים דער רבי געזאגט: אפילו דו ארבעטסט א גאנצן טאג און דו קענסט זיך נישט קובע זיין א באשטימטע צייט צו לערנען, דאך זאלסטו זען ארויס צו כאפן יעדן טאג אביסל צייט צו לערנען תורה. דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) אז ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" בפשטות זעט אויס אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט באשטימט א צייט יעדן טאג צו לערנען, אבער דער רבי טייטשט אנדערש, אז מען פרעגט אים צי ער האט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג טראץ זיינע שוועריקייטן און איבערגייעכץ, ווייל קֶבַע איז א לשון פון גְּזֵלָה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג) "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ", זעט מען אז דאס איז א לשון פון גנב'נען; דאס מיינט מען צו פרעגן דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" צי ער האט ארויס געכאפט פון זיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט צו לערנען תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד).


אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן - לערנט מען א גאנצן טאג; ווען מען האט א ליידיגע מינוט כאפט מען אריין אביסל תורה. אפילו מען ארבעט ביטער שווער האלט מען שטענדיג מיט זיך א זעקל ספרים וואס ענטהאלט א חומש'ל, א משניות'ל, א תהלים'ל וכו' און ווען מען האט אן איבעריגע מינוט כאפט מען אריין אביסל גוטס, מען איז מקיים דעם "קָבַעְ"תָּ עִתִּים לַתּוֹרָה" - מען גנב'ט צייט צו לערנען, דאס קען יעדער איינער באווייזן.


אז דו וועסט נאכקוקן ווי אזוי די ברסלב'ע חסידים פירן זיך וועסטו זען ווי מען קען ארבעטן און אין די זעלבע צייט זיין דבוק צום אייבערשטן; א ברסלב'ער חסיד גייט שטענדיג מיט א זעקל ספרים, אזוי אז עס איז נישט דא ביי אים קיין ביטול הזמן - אדער לערנט מען, אדער רעדט מען צום אייבערשטן, אדער איז מען עוסק אין הפצה - מען איז מקרב נאך א איד צום אייבערשטן.


א ברסלב'ער חסיד איז אמאל געפארן מיט א וואגן פיל מיט סחורה צו א יריד; אינמיטן וועג האט זיך אראפ געלאזט א שטארקע רעגן און ער האט נישט געקענט ווייטער פארן, האט ער זיך אפגעשטעלט, אויסגעשפרייט א דעכל און זיך געזעצט לערנען זיינע שיעורים קבועים. אינמיטן איז ר' נתן דורך געפארן און ער האט געזען ווי דער איד זיצט דארט און לערנט זיינע שיעורים מיט א חיות און א געשמאק, און ער האט זייער הנאה געהאט. שפעטער האט ר' נתן געזאגט: "איך האב געזען אויף דעם איד ווי ער האט זייער הנאה געהאט אז עס רעגנט, ווייל אזוי האט ער געקענט לערנען זיינע שיעורים כסדרן און נישט געדארפט ארבעטן".


בענין פרנסה וכו'; דער מאן דארף וויסן אז ער האט אונטער געשריבן ביי די חופה אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר, וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו', דעריבער דארף ער טון אלעס אויף דער וועלט צו שפייזן זיין ווייב און קינדער אז ער זאל חס ושלום נישט אריין פאלן אין חובות; די ערשטע זאך דארף מען צאלן דירה געלט, ווייל אויב מען צאלט נישט קיין רענט וועט מען נישט האבן קיין דאך איבערן קאפ. דעריבער האט מוהרא"ש אונז געזאגט אז דאס ערשטע פלאץ וואו די געלט דארף גיין איז פאר רענט; רענט קומט פאר עסן און פאר אלעמען. נאכדעם דארף מען צאלן לעקטער, געז, גראסערי וכו' וכו', און אז מען ארבעט נישט פאלט מען אריין אין חובות השם ישמרינו ויצילינו, און איינמאל מען האט חובות איז מען שוין נישט דער מענטש וואס מען איז באמת, מען האט שוין נישט קיין מח, מען איז א נצרך לבריות, נאכדעם קען מען נישט דאווענען און נישט לערנען און דער לעבן ווערט אויס.


פאלג דעם רבי'ן וועסטו האבן שפע; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב און דו וועסט איר מכבד זיין, וועסטו זוכה זיין צו האבן פרנסה בריווח. אז מען קריגט זיך אין שטוב, מען האט נישט קיין געדולד צו זיין אין שטוב, און מען זוכט אלץ תירוצים צו בלייבן אינדרויסן מיט חברים וכדומה - דעמאלט פארלירט מען די געלט.


בענין צי מען זאל מפרסם זיין ווען מען ענדיגט א מסכתא; עס ווענדט זיך פארוועם מען איז דאס מפרסם, אז א ראש ישיבה וויל אריין ברענגען א חשק אין אנדערע תלמידים איז זיכער גוט דאס צו מפרסם זיין, יעדע סיום פון די תלמידים, אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא (שבת קיח:): אביי האט געזאגט: "תֵּיתֵי לִי, דְּכִי חֲזִינָא צוּרְבָא מֵרַבָּנָן דְשָׁלִים מְסֶכְתֵּיהּ, עֲבִידְנָא יוֹמָא טָבָא לְרַבָּנָן", זאגט רש"י אויפן פלאץ: אביי איז געווען א ראש ישיבה און יעדעס מאל א תלמיד האט מסיים געווען א מסכתא, האט אביי געמאכט א סעודה און זיך זייער געפריידט. ער האט געזאגט: "תֵּיתֵי לִי", זאל מיר קומען שכר אויף דעם וואס איך פלעג זיך מיט פרייען מיט יעדע סיום פון מיינע תלמידים כדי אריין צו ברענגען אין זיי א חשקת התורה.


אזוי אויך אז מען איז מסיים א מסכתא איז א גרויסע מצוה דאס צו מודיע זיין פאר די עלטערן; דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם - ווען עלטערן זעען ווי זייער קינד לערנט פלייסיג. און זיכער דארף מען דאס מודיע זיין פאר די אייגענע קינדער, ווייל קינדער מאכן נאך זייערע עלטערן; קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואו דער טאטע לערנט, זיי האלטן מיט יעדעס מאל ווען דער טאטע מאכט א סיום - וועלן זיי דאס נאכמאכן. עס איז נישט דא א גרעסערע זאך אין חינוך ווי ווייזן א לעבעדיגע ביישפיל; קינדער וואס וואקסן אויף מיט א טאטע וואס לערנט און מאכט סיומים וועלן זיי דאס נאכטון.


אזוי אויך אז מען האט א חבר וכו' און מען זעט ווי יענער דריידט זיך ביי א רבי א יאר צוויי דריי וכו' וכו' און ער לערנט נישט, פון יאר צו יאר עפענט ער נישט קיין אידיש ספר, מעג מען אים אויך זאגן: "דו ווייסט, איך האב זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין כך וכך מאל ששה סדרי משנה"; "איך האב זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן כך וכך מאל גאנץ ש"ס", דאס קען יענעם אויפוועקן פון זיין שלאף ער זאל טראכטן "וואו בין איך אויף דער וועלט?" "וואס טו איך אויף דער וועלט?" "וואס באקום איך פון מיין רבי?" "פארוואס לויף איך נאך א מענטש וואס קען מיר נישט נאנט ברענגען צום אייבערשטן?"


איך האף דו וועסט ארויס נעמען פון דעם בריוו שכל צום לעבן.

#18 - מעג מען נוצן די ארבעט'ס קאמפיוטער פאר די אייגענע צוועקן?
פרנסה, קאמפיוטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פון אלע שיעורים, אייער זכות הרבים איז געוואלדיג גרויס.


איך האב געוואלט בעטן אן עצה, רוב פון מיין ארבעט איז אויף א קאמפיוטער ביי א ביזנעס, עס האט ב"ה א גוטע פילטער און ס'האט נישט קיין פראבלעמען אין עניני קדושה. דער פראבלעם איז אבער אז איך טו אסאך זייטיגע זאכן אויפ'ן קאמפיוטער, סיי פאר מיר און סיי פאר טובות פאר אנדערע, צו באשטעלן זאכן וכדומה.


למעשה גייט מיר אוועק א האלבע צייט פון די ארבעט פאר די זייטיגע זאכן, און דאס גייט אויפ'ן חשבון פון מיין באלעבאס וואס צאלט מיר פאר די פולע צייט וואס איך ארבעט. איך ווייס אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן איך דארף אבער אן עצה ווי אזוי פטור צו ווערן פון די זייטיגע זאכן אויפ'ן קאמפיוטער, און נישט ווערן אריינגעצויגן אזויפיל אין זייטיגע זאכן.


א גרויסן יישר כח. ברכה והצלחה.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז גנב'נען איז זייער א הארבע זאך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קח.): "בּוֹא וּרְאֵה כַּמָה גָּדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל חָמָס, שֶׁהֲרֵי דּוֹר הַמַּבּוּל עָבְרוּ עַל הַכֹּל וְלֹא נֶחְתַּם עֲלֵיהֶם גְזַר דִּינָם עַד שֶׁפָּשְׁטוּ יְדֵיהֶם בְּגֶזֶל", ביים דור המבול האבן די מענטשן עובר געווען אויף אלע עבירות, אבער די גזירה פון פארלענדן דעם גאנצן דור דורך דעם מבול האט דער אייבערשטער גע'חתמ'עט נאר נאכדעם וואס זיי האבן געטון די עבירה פון גנב'נען, אזוי הארב איז די עבירה פון גנב'נען.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות גניבה וגזילה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן, וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", ווער עס גנב'עט איז נישט דא קיין וועג ווי אזוי מען קען אים מאכן אויפהערן גנב'נען; מוהרא"ש איז דאס מסביר, פארוואס טאקע איז גנב'נען אזוי הארב אז דער רבי זאגט אז מען קען נישט צוריק ברענגען דעם מענטש צום גוטן וועג? ווייל מען זעט אין די גמרא (בבא קמא עט:): די תלמידים פון רבי יוחנן בן זכאי האבן אים געפרעגט: "מִפְּנֵי מַה הֶחֱמִירָה תּוֹרָה בְּגַנָּב יוֹתֵר מִגַּזְלָן?" פארוואס האט די תורה מער מחמיר געווען ווען איינער האט גע'גנב'ט אז ער דארף באצאלן דאפעלט ווי ביי איינער וואס גזל'ט, האט ער געזאגט: "זֶה הִשְׁוָה כְּבוֹד עֶבֶד לִכְבוֹד קוֹנוֹ, וְזֶה לֹא הִשְׁוָה כְּבוֹד עֶבֶד לִכְבוֹד קוֹנוֹ", דער וואס גנב'ט באהאלט זיך אז קיינער זאל נישט זען, ווייזט ער מיט דעם אז ער גלייבט נישט אז דער אייבערשטער איז דא, קומט אויס אז ער איז א כופר בעיקר, ווייל ווען ער וואלט ווען געגלייבט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, ער זעט אלעס און הערט אלעס, מען קען זיך נישט באהאלטן פון אים, וואלט ער זיכער נישט גע'גנב'ט פון רוב פחד אינעם אייבערשטן.


איך געדענק אז יארן צוריק ווען איך בין געווען א מלמד בין איך קיינמאל נישט ארויס פון כיתה שמועסן מיט די אנדערע מלמדים בזמן הלימוד, בשעת וואס מלמדים פלעגן שטיין אינדרויסן אין שמועסן אויפן חשבון פון די קינדער; דער רמב"ם שרייבט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ד): "מְלַמֵּד תִּינוֹקוֹת שֶׁהוּא מַנִּיחַ אֶת הַתִּינוֹקוֹת וְיוֹצֵא, אוֹ שֶׁהוּא עוֹשֶׂה מְלָאכָה אַחֶרֶת עִמָּהֶן, אוֹ שֶׁהוּא מִתְרַשֵׁל בְּתַּלְמוּדָן - הֲרֵי הוּא בִּכְלַל 'אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָּה' (ירמיהו מח, י); אנדערע מלמדים האבן געמאכט געשעפטן בזמן הלימוד, זיי האבן זיך געקויפט הייזער וכו', דאס איז ריכטיג גניבה וגזילה. ווייל אלע זייערע געשעפטן וואס זיי האבן זיך איינגעהאנדלט אין די צייט וואס זיי דארפן זיין אין כיתה - געהערט פאר די קינדער, דאס איז בכלל נישט זייערס; דאס זעלבע איז ביי דיר, אלעס וואס דו קויפסט אין די צייט וואס דו ארבעסט פאר דיין בעל הבית געהערט פאר אים און אלעס וואס דו ביסט מרויח דערפון איז גניבה.


 זאג נישט אז דו קענסט נישט וכו', זאג אז דו ווילסט נישט; איינער האט געפרעגט דעם רבי'ן ווי איז שייך צו זאגן אז א מענטש האט א בחירה? אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי אזוי איז שייך צו זאגן פאר א מענטש: "דו האסט א בחירה", עס איז דאך אומעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט ר' נתן (שם): איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא: "ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען זיך נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?" דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים.


זע צו טון דיין ארבעט אזוי ווי עס דארף צו זיין וועט דיר גוט זיין.

#17 - איך האב נישט קיין שלום בית, און איך דערטרינק זיך אין חובות.
שלום בית, פרנסה, חובות

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"צ רבי יואל ראטה שליט"א,


שלום וברכה, איך שפיר אז דער אייבערשטער האט מיר געפירט מיט א געוואלדיגע  השגחה פרטית אנצוקומען צו אייך נישט לאנג צוריק און צו הערן אייערע הייליגע ווערטער וואס האט געטוישט מיין לעבן, זייט דעמאלט האב איך אנגעהויבן צו הערן רעגלמעסיג די שיעורים און חיזוק יומי, און איך געב דאס אויך איבער ווייטער פאר אנדערע. איך פיל אז דאס איז ממש א מתנת חנם פונ'ם אייבערשטן אז איך בין אנקומען צו דעם און געקענט טוישן מיין לעבן צום גוטן.


ווען איך האב גערעדט מיט אייך, איך האב אייך דערציילט איבער די פילע שוועריגקייטן וואס איך גיי אריבער, סיי אין שלום בית, סיי אין חובות פון חתונה מאכן די קינדער, און נאך פילע שוועריגקייטן און פראבלעמען, האט איר מיר געזאגט אז דער עיקר זאל איך משקיע זיין אין שלום בית, דאס וועט מיר שוין העלפן אין אלע זאכן. למעשה איז מיר דאס אבער זייער שווער, איך בין זייער סענסעטיוו צו קריטיק, ווען מיין ווייב הויבט מיר אן צו קריטיקירן אז איך טו דאס נישט גוט און יענץ האב איך נישט גוט מסדר געווען, טוט מיר דאס זייער וויי און איך קען דאס ממש נישט פארנעמען. וואס קען איך טון דערצו?


פון די אנדערע זייט ווער איך דערטראנקען אין חובות און איך האב נישט קיין מסודר'דיגע פרנסה, וואס דאס נעמט מיר אויך אוועק דער טעם פון לעבן. איך ווייס ממש נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן, איך בין ממש מיואש פון מיין לעבן. איך האב געהערט נאכזאגן פון הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל אז ווען מ'וויל שעלטן די מינים זאגט מען די ערשטע זאך "ולמלשינים אל תהי תקוה", ווייל די גרעסטע קללה פאר א מענטש איז וועט ער האט נישט קיין האפענונג אין זיין לעבן, און דאס איז וואס איך שפיר יעצט.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, ספעציעל א יישר כח פאר די לימוד ח"י פרקים משניות, איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ששה סדרי משנה, דער אייבערשטער זאל מיר ווייטער העלפן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' ומחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; אז מען פאלגט דעם רבי'ן קען מען זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רחצ): "שֶּׁהַכֹּחַ שֶׁהָיָה לְדָוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם לוֹמַר שְׁמוֹנֶה פְּעָמִים אַבְשָׁלוֹם בְּנִי בְּנִי, וְעַל יְדֵי זֶה הֶעֱלָה אוֹתוֹ מִשִּׁבְעָה מְדוֹרֵי גֵּיהִנּוֹם וְהִכְנִיסוֹ לְגַן עֵדֶן", דוד המלך האט ארויס גענומען זיין זון אבשלום פון גיהנום און אים אריין געלייגט אין 'גן עדן'. מיט דעם וואס ער האט אים גערופן אכט מאל "אבשלום בני", מיטן זאגן זיבן מאל 'בני' האט ער אים ארויסגעשלעפט פון גיהנום און ביים דערמאנען 'בני' די אכטע מאל האט ער אים אריין געברענגט אין גן עדן. "זֶה הַכֹּחַ יֵשׁ לוֹ גַּם כֵּן, שֶׁהוּא יָכוֹל זֹאת גַּם כֵּן, לְהַעֲלוֹת בְּדִבּוּרוֹ בְּעָלְמָא אֶת הָאָדָם מִכָּל הַשִּׁבְעָה מְדוֹרֵי גֵּיהִנּוֹם וּלְהַכְנִיסוֹ לְגַן עֵדֶן", האט דער רבי געזאגט: "איך האב דעם זעלבן כח וואס דוד המלך האט געהאט, איך קען רעדן מיט א מענטש און אים ארויס נעמען פון דעם טיפסטן גיהנום און אים אריין לייגן אין גן עדן".


ווען דו האסט מיר פארציילט דיינע שוועריקייטן אין לעבן וואס דו גייסט אריבער וועגן דיין געזונט, דיין פרנסה, דיינע חובות און דיין שלום בית, האב איך דיר געזאגט אז אויב דו וועסט ארבעטן אויף דיין שלום בית וועט אלעס ווערן מסודר. ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח און אז מען האט נישט קיין מח, מען האט נישט קיין ישוב הדעת, פאלט מען אריין אין נישט גוטע זאכן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "קָּשָׁה תַּרְבּוּת רָעָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם, יוֹתֵר מִמִּלְחֶמֶת גּוֹג וּמָגוֹג", עס איז ערגער א קריג אין שטוב, מער ווי מלחמת גוג ומגוג; מוהרא"ש איז דאס מסביר, אז אויב א מענטש האט א ווינקעלע וואו ער קען זיך באהאלטן און זיין רואיג, קען זיך די גאנצע וועלט איבערדרייען אבער אים וועט דאס נישט שטערן, ווייל ער האט זיך וואו צו באהאלטן, אבער אז מען קריגט זיך אין שטוב האט דער מענטש נישט קיין פלאץ וואו ער קען זיך באהאלטן.


דו פרעגסט וועגן שלום בית; דער רבי האט אונז זייער מזהיר געווען מיר זאלן אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב (עיין בשיחות הר"ן, סימן רסד). נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן רסג) אז דער ס"מ מאכט עס זאל זיין קריגעריין צווישן מאן און ווייב, ווייל ער וויל זיי אריינכאפן אין זיין נעץ און זיי אראפ ווארפן אין עבירות ה' ישמרינו, אבער ווען מאן און ווייב לעבן בשלום, דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויפן מענטש.


ביי די וועלט איז אנגענומען אז ווי מער א מענטש איז אפגעשיידט וכו', ווי מער א מענטש לויפט אוועק פון שטוב, ער רעדט נישט קיין סאך מיט זיין ווייב און קינדער - דער איז א העכערער סארט מענטש. אבער ביים רבי'ן איז פונקט פארקערט; דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז דער אייבערשטער איז אין שטוב, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקסג): "בִּימֵי אַבְרָהָם אָבִינוּ הָיְתָה הַשְּׁכִינָה נִקְרֵאת בְּשֵׁם שָׂרָה, וּבִימֵי יִצְחָק בְּשֵׁם רִבְקָה, וּבִימֵי יַעֲקֹב בְּשֵׁם רָחֵל וְלֵאָה", און אזוי איז אין יעדע דור; ווען א מענטש לעבט בשלום מיט זיין ווייב מאכט ער א פלאץ פאר די שכינה, ווייל די שכינה רוהט נאר וואו מאן און ווייב זענען צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט אן א שיעור מאל אין זוהר הקדוש אז דער אייבערשטער רוהט נאר וואו מאן און ווייב זענען צוזאמען. קוק אין פרשת נשא (דף קמה:) וואס דער הייליגער זוהר זאגט: "מַאן דְּאִתְחַבָּר דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי אָדָם, וּכְדֵין דָּחִיל חֲטָאָן. וְלֹא עוֹד אֶלָּא שַׁרְיָא בֵּיהּ עֲנָוָה. וְלֹא עוֹד אֶלָּא דְּשַׁרְיָא בֵּיהּ חֶסֶד. וּמַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָא הֲווֹ בֵּיהּ לֹא יִרְאָה וְלֹא עֲנָוָה וְלֹא חֲסִידוּת".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): אויפן פסוק (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווער זענען זיינע פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", דאס מיינט די ווייב; דאס טייטש אז ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, דעמאלט וועט זיין ווייב שלום מאכן מיט אים און זיין פאר אים אן עזר. דאס איז ביים רבי'ן א יסוד היסודות, אזוי ווי עס איז באוואוסט אז ביים רבי'ן האט מען נישט געקענט קומען אויב מען האט נישט געהאט קיין שלום בית.


בנוגע דיינע חובות אין וואס דו שטיקסט זיך וכו'; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט) אז די גאנצע עשירות קומט אין זכות וואס מען איז מכבד די ווייב; דאס איז באמת א חז"ל (בבא מציעא נט.): רבא האט געזאגט פאר די מענטשן פון שטאט מחוזא: "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ, כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", האלט חשוב אייערע ווייבער וועט איר רייך ווערן; זעט מען פון דעם אז ווען א מענטש לעבט בשלום אין שטוב, ער איז א ותרן און ער איז נישט מצער זיין ווייב, וועט ער האבן גרויס שפע. פאלג דעם רבי'ן און טשעפע נישט דיין פרוי, אפילו דו האלסט אז זי איז נישט גערעכט, וועסטו האבן גרויס שפע.


קוק ווי אזוי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה האבן זיך געפירט אין שטוב מיט זייער ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א שווערע שטוב אזוי ווי חז"ל פארציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?!" האט אים רב חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


בפרט אז דו האסט א שטוב מיט קינדער און דו מאכסט שוין חתונה קינדער, דארפסטו זיכער אכטונג געבן אז עס זאל זיין שלום אין שטוב, ווייל ווען מאן און ווייב קריגן זיך ווער ליידט די מערסטע? די קינדער. זיי פאלן נעבעך די קרבנות און זיי וואקסן אויף נישט געזונט.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (מדרש תנחומא, פרשת בחקותי, סימן ה) אז ווען יפתח הגלעדי איז געגאנגען מלחמה האלטן מיט עמון, האט ער געמאכט א נדר אז אויב דער אייבערשטער וועט אים העלפן און ער וועט געוואונען די מלחמה, ווען ער וועט אהיים קומען בשלום, וועט ער ברענגען פאר א קרבן די ערשטע זאך וואס וועט אים ארויסקומען פון זיין שטוב און דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט געוואונען די מלחמה און זיין טאכטער איז אים ארויסגעקומען מיט א פויק און זי האט געזינגען און געפויקט פאר איר טאטע'ן, האט איר יפתח הגלעדי געזאגט: "פריי דיך נישט, ווייל איך גיי דיר מקריב זיין פאר א קרבן", אפילו ער האט אינזין געהאט בשעת ער האט געמאכט די נדר צו ברענגען פאר א קרבן א חי' אדער בהמה, אבער וויבאלד ער האט נישט ארויסגעזאגט וואס ער מיינט האט ער געמוזט מקיים זיין די נדר.


פרעגן די הייליגע חכמים (שם): "ער וואלט דאך געקענט גיין צו פנחס הכהן וואס ער איז געווען א דיין און צעשטערן די נדר, אזוי ווי די הלכה איז אז אפילו א מענטש מאכט א נדר, אבער אויב גייט ער צו א דיין און ער זאגט פארן דיין אז ער האט אינזין געהאט אזוי און אזוי, קען דער דיין צעשטערן די נדר; איז פארוואס איז יפתח הגלעדי נישט געגאנגען צו פנחס ער זאל אים מתיר נדר זיין? אדער זאל פנחס הכהן קומען צו אים און אים העלפן ער זאל נישט דארפן הרג'ענען זיין טאכטער?" נאר יפתח האט געזאגט: "איך בין דער גענעראל פון די אידן, איך קען נישט גיין צו אים, זאל ער קומען צו מיר", און פנחס האט געזאגט: "איך בין א כהן א זון פון א כהן, איך גיי נישט צו אן עם הארץ, אז ער וויל איך זאל אים ראטעווען זיין טאכטער זאל ער קומען צו מיר, זאגן חז"ל א מורא'דיגע לשון: "מִבֵּין תַּרְוֵיהוֹן אַבְדַת הַהִיא עֲלוּבְתָּא מִן עָלְמָא", פון צווישן זיי צוויי איז פארלוירן געווארן דאס מיידל.


ווען מען לערנט די מעשה ווערט מען זייער צוקאכט און ברוגז: 'היתכן מען זאל הרג'ענען אן אומשולדיג קינד, א מיידל וואס האט גארנישט געטון, בשעת מען וואלט איר דאך געקענט ראטעווען?!' אבער קיינער כאפט נישט אז די זעלבע מעשה שפילט זיך אפ טאג טעגליך צווישן מענטשן, בפרט צווישן מאן און ווייב.


עס קען אסאך מאל אויסקומען אז עס זאל זיך מאכן מיספארשטענדענישן צווישן מאן און ווייב און דעמאלט ליידן די קינדער זייער שטארק. עס איז ממש אזוי ווי מען נעמט די קינדער און מען שעכט זיי; ווייל אז מען רעדט נישט איינער צום צווייטן, מען בלאזט איינער אויפן צווייטן, ווער רעדט נאך אז מען שרייט איינער אויפן צווייטן און מען טשעפעט זיך איינער דעם צווייטן - ליידן די קינדער, זיי לעבן מיט שרעק וכו'. און אז מען פרעגט דעם מאן: "פארוואס בעטסטו נישט איבער דיין ווייב, קענסט דאך ראטעווען דיין קינד?" וועט ער זאגן: "זי זאל מיר איבערבעטן, ווייל זי איז שולדיג", אז מען פרעגט די ווייב: "פארוואס מאכסטו נישט שלום? פארגעס וואס עס איז געווען, אבי דיין קינד זאל נישט ווערן גע'הרג'עט?" וועט זי ענטפערן: "ער האט אנגעפאנגען און ער דארף מיר איבערבעטן", און נאכדעם פאסירט וואס עס האט פאסירט ביי יפתח'ס טאכטער, ווער איז שולדיג? ביידע: "מִבֵּין תַּרְוֵיהוֹן אַבְדַת הַהִיא עֲלוּבְתָּא מִן עָלְמָא".


דערפאר האב שכל און זיי דו דער וואס געבט נאך, הייב דו אן רעדן שיין און בעט איבער; אמת, עס איז זייער שווער יענעם איבער צו בעטן, בפרט ווען מען האלט אז מען איז גערעכט. אבער עס איז אסאך אסאך שווערער ווען מען בלאזט און מען רעדט נישט און מען ווארט אז יענער זאל זיך ברעכן.


וואס איז געווען די סוף פון די מעשה? ביידע האבן באקומען אן עונש; פנחס האט פארלוירן זיין רוח הקודש און יפתח איז געשטארבן מיט א מיתה משונה, זיינע איברים האבן אנגעפאנגען צו שטארבן ביסלעכווייז פאר ער איז געשטארבן און וואו ער איז געגאנגען איז אים אראפגעפאלן שטיקלעך רחמנא לצלן (מדרש תנחומא, שם).


איך האב אביסל מאריך געווען, ווייל עס האט מיר זייער וויי געטון צו הערן ווי דו האסט מיר פארציילט אז דו קריגסט זיך מיט דיין ווייב און דו פירסט זיך ווי א קליין קינד, בשעת איר מאכט שוין חתונה קינדער. דו קריגסט זיך פאר נארישקייטן און פארשטייט זיך אז דו ביסט גערעכט, ווען דו וואלסט ווען געקענט איינשפארן אלע קריגערייען.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער חבר, אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען נעמט זיינע דיבורים און עצות בתמימות ופשיטות, איז מען זוכה צו לעבן אן אנדערע סארט לעבן. מען לעבט אויף די וועלט אין גן עדן ממש; מען זוכט נישט צו זיין גערעכט, מען זוכט נישט אויסצופירן, מען זוכט ווי מער נאכצוגעבן, מען זוכט ווי מער יענעם צו פארגינען.


שרייב מיר צי דו האסט באקומען דעם בריוו.

#16 - מ'זאגט מיר אז צו מצליח זיין אין מיין פרנסה דארף איך מסר'ן
פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אין קאנסטראקשאן, און איך פרוביר צו באקומען גרויסע דזשאבס. דעם חודש בין איך געווען אינוואלווד אין א דזשאב אין מאנסי, און אן אנדערער קאנטראקטער האט מיר געזאגט אז דארט גייט עס אזוי אז ווער ס'גייט מער מסר'ן דעם צווייטן איז מער מצליח, רוב קאנטראקטערס זיצן ביי די טאון און מ'מסר'ט א גאנצן טאג רעכטס און לינקס איינער דעם צווייטן. ס'האט מיר זייער אויפגערעגט, אבער ער זאגט מיר אז דאס איז דער וועג דא, אויב מ'וויל מצליח זיין.


בין איך מחויב אויפצוגעבן אויף גוטע דזשאבס, נישט צו דארפן מסר'ן?


א גרויסן יישר כח.


מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מאיר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דיין שאלה, צי דו זאלסט גיין מסר'ן א צווייטן איד? קוק וואס עס שטייט אין שלחן ערוך (חושן משפט, סימן שפח) וואס מען דארף טון מיט א מסור; קוק וואס דער רמב"ם שרייבט (פרק ג' מהלכות תשובה, הלכה יב): איינער וואס מסר'ט א איד, אפילו ער מאכט אים נאר געלט שאדן - "אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", עיין שם.


דערפאר פארשטיי איך בכלל נישט דיין שאלה וואס דו פרעגסט.


וויסן זאלסטו אז פרנסה קומט פונעם אייבערשטן; קיינער קען דיר נישט צו נעמען וואס עס דארף קומען צו דיר. אזוי זאגן חכמינו זכרונם לברכה (יומא לח.): "בְּשִׁמְך יִקְרָאוּך, וּבִמְקוֹמְך יּוֹשִׁיבוּך, וּמִשֶּׁלְּך יִתְּנוּ לְך; אֵין אָדָם נוֹגֵעַ בַּמּוּכָן לַחֲבֵירוֹ, וְאֵין מַלְכוּת נוֹגַעַת בַּחֲבֶרְתָּהּ, אֲפִילוּ כִּמְלֹא נִימָא"; קיינער קען נישט צו נעמען פון א צווייטן אפילו א פרוטה; יעדע פרוטה וואס א מענטש פארדינט קומט פונעם אייבערשטן. נאך זאגן חז"ל (תענית ב.): "אָמַר ר' יוֹחָנָן: ג' מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", ר' יוחנן זאגט, דריי שליסלען זענען נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, "מַפְתֵּחַ שֶׁל גְּשָׁמִים, מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה, וּמַפְתֵּחַ שֶׁל תְּחִיַּית הַמֵּתִים", די שליסל פון רעגן, קינדער און תחיית המתים, "בְּמַעֲרָבָא אָמְרֵי אַף מַפְתֵּחַ שֶׁל פַּרְנָסָה", אין ארץ ישראל זאגט מען: אויך די שליסל פון פרנסה. זעט מען אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן. אזוי אויך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מכילתא, פרשת בשלח): "מִי שֶּׁבָּרָא יוֹם - בָּרָא פַּרְנָסָתוֹ", דער אייבערשטער וואס האט באשאפן דעם טאג, האט אנגעגרייט פרנסה פאר דעם טאג.


דאס וואס דו זאגסט, אז די קאנטראקטערס זאגן דיר אז נאר אזוי קען מען מצליח זיין; איך וואלט דיר געזאגט זאלסט זיך טרעפן בעסערע יועצים, בעסערע חברים, זוך דיר חברים וואס וועלן דיר זאגן אז נאר אויב מען רעדט צום אייבערשטן און מען לערנט יעדן טאג תורה קען מען מצליח זיין. איך ווייס פון קאנטראקטערס וואס זיי זענען מצליח נאר דורך תפילה; זיי שטייען אויף אינדערפרי, זיי ווייסן נאכנישט פון וואו צו נעמען פרנסה, זיי גייען דאווענען און גיסן זיך אויס זייער הארץ צום אייבערשטן ביי שמונה עשרה, זיי בעטן אויף זייער שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען מפרנס זיין מיין ווייב און קינדער, געב מיר פרנסה", און עס צוקלינגט זיך זייער טעלעפאן, זיי באקומען גרויסע דזשאב'ס וכו'.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן פרנסה בריווח, בדרך התורה.


א גוט שבת.

#15 - איר רעדט קיינמאל נישט פון געלט, האט איר די רייכסטע ישיבה?
פרנסה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

א גוטן מיין טייערער ראש הישיבה שליט"א.


נאכאמאל וויל איך אייך באדאנקען פאר אייערע הערליכע שיעורים וואס געבט מיר לעבן מיט חיזוק און מאכט אז איך זאל קיינמאל זיך נישט מייאש זיין.


איך האב פונקט יעצט געליינט ווי איר שרייבט אז איר זענט אריין אין גרויסע חובות, וואס דאס טוט מיר זייער זייער שטארק וויי, ווייל איר טוט דאך אויף פאר אזוי סאך מענטשן וואס איר קענט אפילו נישט (אזוי ווי איך), און איר דערמאנט נישט קיין ווארט קיינמאל אז דער וואס וויל קען ארויס העלפן מיט א קליינע נדבה.


ווייל ביי יעדער אנדערע פלאץ, איינע פון די ערשטע זאכן איז, "אפשר קענט איר געבן עפעס געלט פאר די מוסדות?", און דא וואס איך האב שוין אויסגעהערט אלע שיעורים, און איר דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן געלט, מען קען מיינען אז דאס איז די רייכסטע ישיבה אויף דער וועלט.


איך בעט אייך אויב איר קענט ביטע מודיע זיין ווי קען מען רופן אויף איבער געבן נדבות פאר די מוסדות.


א גרויסן גרויסן ש'כח פאר אלעס, מיט קיין שום געלט אין דער וועלט קען איך נישט אויסדריקן מיין דאנקבארקייט פאר'ן ראש הישיבה.


א געזונטן ווינטער.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט עצות פאר אלע פראבלעמען, בעיקר איין עצה וואס העלפט אויף יעדע איינציגע פראבלעם - 'התבודדות', אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן און אים אלעס פארציילן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן, מיר האבן דאס פאריגע וואך געהאט אינעם דף גמרא (סנהדרין קי.) אז קרח האט געהאט דריי הונדערט אייזלען וואס האבן געטראגן בלויז די שליסלעך פון זיינע אוצרות, אזוי רייך איז קרח געווען; איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד זייער א שיינער פשט אויף דעם מאמר חז"ל, שליסלעך זענען אזוי ווי עצות, ווען מען האט א פארמאכטע פלאץ, מען איז אין מצב וואס מען ווייסט נישט וואס צו טון, איז אן עצה אזוי ווי א שליסל וואס מען קען זיך אריין באקומען אין יעדע סארט פארמאכטע פלאץ. קרח האט געהאט דריי הונדערט עצות, פאר יעדע פראבלעם האט ער געהאט אן אנדערע דמיון, אבער משה רבינו האט געהאט איין מייסטער שליסל - "תפילה"; מיט דעם שליסל קען מען ארויס גיין פון יעדע פארמאכטע צרה.


ווען א מענטש געוואוינט זיך צו, יעדע זאך וואס עס באדערט אים בעט ער דעם אייבערשטן, דארף ער נישט קיין דריי הונדערט אייזלען וכו', ער האט איין שליסל 'התבודדות', וואס דאס איז אזוי ווי א מייסטער שליסל, מען קען אריין גיין וואו מען וויל, און ארויס גיין פון יעדע פראבלעם וואס מען זאל נאר האבן.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט געמיינט אז מיר זענען די רייכסטע קהילה וכו'; וויסן זאלסטו אז מיר זענען טאקע די רייכסטע קהלה. אין היכל הקודש לערנען אלע, נישט קיין חילוק יונג אדער אלט, יעדן איינציגן טאג, מקרא משנה גמרא. סיי קינדער, סיי בחורים, סיי אינגעלייט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רֶבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פרשיותיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה יעדע וואך האט אריכות ימים; אין היכל הקודש איז יעדן טאג א טאג, מען האט אריכות ימים - אסאך טעג, מען זוכט נישט קיין תירוצים אויף נישט צו לערנען, "היינט איז ערב"; "מארגן איז מוצאי"; "איבערמארגן איז פארוואלקענט"; "אייער נעכטן איז א שמחה"; נאר מען לעבט מיטן טאג, יעדן טאג איז א טאג, יעדן טאג לערנט מען אביסל מקרא, שנים מקרא ואחד תרגום, יעדן טאג לערנט מען חומש רש"י, מען האט ממש אריכות ימים.


נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שבת קכ.): "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", ווער איז אן ארעמאן? איינער וואס לערנט נישט קיין מקרא, ער לערנט נישט קיין משניות, און נישט קיין גמרא; א מענטש דארף לעבן מיט תכלית, מען דארף געדענקען אז עס איז דא א מציאות וואס רופט זיך "גוסס", עס איז דא א מציאות ווי א "בית הקברות", דארט נעמט מען מיט נאר דאס ביסל תורה וואס מען האט זיך אנגעגרייט; תלמידי היכל הקודש זענען גרויסע עשירים, יעדער תלמיד האט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין לכל הפחות איין מאל כל התורה כולה, חמשה חומשי תורה, נביאים וכתובים, ששה סדרי משנה, תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי, ששה סדרי תוספתא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר הקדוש, ותיקונים, ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות וכו' וכו'; דאס איז אן אייביגע עשירות.


ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "איך שרייב מיינע ספרים נאר פאר א מענטש וואס טראכט: 'איין טאג וועל איך זיין א גוסס און א נפטר, איך וועל ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר', איינער וואס טראכט נישט אז איין טאג וועט ער שטארבן און ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר - איז ביי מיר חשוב אזוי ווי א בהמה, וואס לעבט, עסט און שלאפט, און ווייסט נישט וואס דער סוף איז".


מוהרא"ש זכרונו לברכה איז אמאל געפארן צו א שמחה, אויפן וועג פארנדיג אהין, האט דער דרייווער אנגעצינדן פאר מוהרא"ש דעם ניגון: "מיט וואס? מיט וואס? מיט וואס וועט מען קומען אויף יענע וועלט..." (עס איז דא א ברסלב'ע טעיפ וואס האט דערויף דעם ניגון), דער ניגון גייט ווייטער: "נישט קיין חצות, נישט קיין תפילה בכח, נישט קיין תיקון הברית - מיט וואס וועסטו קומען אויף יענע וועלט..." יענע וואך ביים שיעור ליל שישי האט מוהרא"ש געזינגען דעם ניגון און אויסגעפירט: "מיט וואס? מיט וואס? מיט וואס וועט מען קומען אויף יענע וועלט; מיט מיינע פרקים משניות, מיט מיינע דפים גמרא, מיט מיינע דיבורים וואס איך רעד יעדן טאג צום אייבערשטן, מיט שחרית מנחה מעריב, מיט דעם וועל איך קומען אויף יענע וועלט".


דערפאר, זע דו אויך אויס צו ניצן דיינע טעג און יארן, אז דו זאלסט נישט דארפן זינגען אויף דער עלטער דעם צעבראכענעם ניגון: "מיט וואס וועל קומען אויף יענע וועלט".


ליידער מוז איך דיר זאגן, אז אפילו אין ברסלב אליין רעדט מען אויך נישט פון תכלית, אז מען זאל יעדן טאג אריין כאפן מקרא משנה גמרא וכו', בשעת דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לְאָדָם שֶׁיַעֲבוֹר וְיֵלֵך בָּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כּוּלָם כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", א מענטש זאל לערנען אלע ספרים וואס עס זענען פארהאן, ער זאל זיין באקאנט איבעראל, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְּדִינוֹת, וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶּׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מיר זעען, אז מענטשן געבן אויס אסאך געלט ארום צו פארן אויף די גאנצע וועלט, כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען: "איך בין געווען דא און דארט", "כְּמוֹ כֵּן, רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶּׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְהַיְינוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים", אזוי אויך זאגט דער רבי, זאל א מענטש לערנען אלע ספרים, כל התורה כולה, כדי ער זאל זיך קענען בארימען אויבן אין הימל: "איך בין געווען איבעראל", "וּלְעָתִיד בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויבן אין הימל לערנט מען מיטן מענטש אלעס וואס ער האט זוכה געווען צו לערנען בזה העולם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#14 - כ'האב א שווערע ארבעט, און מ'צאלט ווייניג
פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן ש'כח פאר די שיעורים, איך מיט מיינע חברים הערן אויס כמעט יעדן טאג, און מיר זענען זיך מחיה דערמיט.


מיר האבן ב"ה אנגעהויבן שיעורים כסדרן, און מעביר סדרה זיין יעדע וואך די חומש. אויך ליין איך די בריוון, און אסאך בריוון זענען ממש ווי געשריבן פאר מיר.


איך בין געגאנגען ארבעטן גלייך נאך די חתונה, און מיין בעל הבית האט מיר אנגעהויבן מיט 11 דאלער א שעה, און נאך א יאר איז ער ארויף צו 12 דאלער א שעה, אבער אפילו נאך צוויי יאר וויל ער נישט געבן מער, אויך האלט ער זיך נישט אפ פון שרייען אויף יעדע קליינע זאך, און די ארבעט איז מורא'דיג שווער צו דעליווערן באקסעס.


איך וויל זייער שטארק ארויסגיין אבער איך ציטער אז איך וועל נישט טרעפן קיין דשאב, און נישט קענען צאלן די רענט. אויך האב איך מורא אז מיין ווייב און מיין משפחה וועלן מיר אנקוקן ווי א שלימזל וואס טוישט יעדן טאג צו א נייע דשאב. איך פיל ממש ווי איך ווער דערשטיקט און איך קען מיך נישט א עצה געבן.


יישר כח.


פנחס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד פנחס נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא א דיבור פון הייליגן ר' נתן זכרונו לברכה: "א פרנסה טאר מען נישט אוועק ווארפן, נאר די פרנסה זאל דיר אוועק ווארפן"; דאס מיינט מען נישט צו זאגן אז אויב מען האט א בעל הבית וואס שרייט און פארשעמט זיין ארבעטער אז מען איז מחויב צו ארבעטן ביי אים א גאנץ לעבן, א מענטש דארף זען צו ארבעטן אויף א פלאץ וואו דער בעל הבית פירט זיך אויף שיין צו אים, אויב דער בעל הבית שרייט און פארשעמט, איז זיכער כדי צו טוישן צו א צווייטע ארבעט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין קידושין כב:): "פארוואס בארט מען די אויער פון אן עבד עברי, ווייל מען וויל אים זאגן מיט דעם, אֹזֶן שֶׁשָּׁמְעָה עַל הַר סִינַי (ויקרא כה, נה): כִּי לִי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל עֲבָדִים, וְלֹא עֲבָדִים לַעֲבָדִים, וְהָלַך וְקָנָה אָדוֹן לְעַצְמוֹ, תֵּרָצַע", דער אויער וואס האט געהערט 'צו מיר זענען די אידן קנעכט, און נישט קנעכט פאר קנעכט', מיט דעם אלעם איז ער זיך געגאנגען פארדינגען פאר א קנעכט צום קנעכט - זאל מען בארן זיין אויער; א איד איז א עבד נאר פארן אייבערשטן, אודאי דארף מען ברענגען פרנסה, מען נעמט אן ארבעט וכו', אבער אויב יענער ניצט דיר פאר א קנעכט - דאס שוין נישט, איך בין אן עבד נאר פארן אייבערשטן.


א מענטש דארף וויסן אז זיין גאנצע פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): דריי שליסלעך ליגן אין די הענט פונעם אייבערשטן, די שליסל פון רעגן, די שליסל פון קינדער און די שליסל פון תחיית המתים, בְּמַעֲרָבָא אָמְרֵי אַף מַפְתֵּחַ שֶׁל פַּרְנָסָה, אין ארץ ישראל זאגט מען: אויך די שליסל פון פרנסה; זעט מען פון דא אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן.


ווען א מענטש זעט אז ער איז נישט מצליח, ער האט נישט קיין פרנסה, טאר מען זיך נישט אראפ קלאפן און ווערן צעבראכן טראכטנדיג: 'איך בין א שלימזל', 'איך טויג אויף גארנישט', ווייל פרנסה האט נישט צו טון מיטן מענטש, פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח.): "בְּשִׁמְך יִקְרָאוּך וּבמְקוֹמְך יּוֹשִׁיבוּך, וּמִשֶּׁלְּך יִתְּנוּ לְך, אֵין אָדָם נוֹגֵעַ בַּמּוּכָן לַחֲבֵירוֹ, וְאֵין מַלְכוּת נוֹגַעַת בַּחֲבֶרְתָּהּ, אֲפִילוּ כִּמְלֹא נִימָא", קיינער קען נישט צו נעמען פון א צווייטן אפילו איין פרוטה, נאר יעדע זאך קומט פונעם אייבערשטן.


די אלע וואס לעבן מיט מורא אז מען וועט זיי אראפ קוקן, זענען באמת אראפ געקוקט ביי זיך אליין; אויב א מענטש איז ביי זיך שטארק, ער ווייסט אז ער טוט גוט, ער לעבט מיט אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער - אזא מענטש אינטערעסירט נישט וואס א צווייטער זאגט, עס גייט אים נישט אן וואס מענטשן זאגן אויף אים.


דיין פראבלעם איז אז דו ביסט נישט זיכער מיט זיך אליין, דערפאר טראכסטו 'אפשר וועט מיין ווייב מיך אראפ קוקן', 'אפשר וועט מיך מיין משפחה אראפקוקן', 'וואס וועט דער זאגן אויף מיר', 'וואס וועט יענער טראכטן אויף מיר' וכדומה; א מענטש דארף זיין ביי זיך אזוי שטארק מיט אמונה, אז עס זאל אים נישט אינטערעסירן וואס א צווייטער זאגט אויף אים און טראכט אויף אים.


מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן די פאלגענדע מעשה, מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אומֵר","תָּם מָה הוּא אומֵר?" ער האט עס איבער געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל, האט מען אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געזאגט: "איך פארשטיי נישט גארנישט, איך זע אין די הגדה אז דער חכם זאגט עפעס, דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר, וואס דער רשע האלט פון מיר, אבער "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר"? ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן, וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל, (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם), דערפאר וויינט ער: 'תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר?' וואס זאגט מען אויבן אויף מיר; דער האלט איז איך בין א בטלן, דער האלט איך בין א שלימזל, אבער רבונו של עולם וואס האלסטו פון מיר? רבונו של עולם ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב.


געלויבט דעם אייבערשטן אז דער יאר בין איך אריין אריין אינעם צענטן יאר פון ווען איך האב געעפענט די ברסלב'ער ישיבה; מענטשן פרעגן מיר כסדר: "ווי אזוי האסטו געהאט די כוחות אנצוגיין איינער אליין, בשעת יעדער האט געלאכט פון דיר, מען האט געמאכט הפגנות אויף דיר און אויף דיין ווייב, מען האט געווארפן פאשקעווילן, עס זענען געווען מסירות וכו'"; זייער אסאך מענטשן פרעגן מיר דאס, אבער איך פארשטיי בכלל נישט וואס די קשיא איז, וואס איז די גרויסע וואונדער אנצוגיין ווען מען ליידט בזיונות אז מען פארשטייט וואס מען האט צו טון, וואו קומט בכלל אריין א צווייטער אינעם בילד? עס האט מיר בכלל נישט אינטערעסירט וואס מען זאגט אויף מיר - לטוב צי לרעה, ווייל א מענטש מיט אביסל שכל מאכט זיך א חשבון: 'וואס האב איך מיט יענעם?' 'ווער איז דער יענער?' 'דער יענער פארוועם איך שטעל מיך אהער קען מיר בכלל העלפן?' 'איך זאל טוישן מיין לעבן צוליב א צווייטן?'


ווען איך בין געווען א קינד בין איך אמאל געווען מיט מיין טאטע אין א פארם (טיער גארטן), געדענק איך ווי איך בין געשטאנען ביי די קוען און זיי געגעבן שטרוי, אזוי שטייענדיג דארט האב איך געפרעגט מיין טאטע: "וואס טראכט דער קוה ווען ער קוקט מיט זיינע קעלבערנע אויגן?" האט מיר מיין טאטע געזאגט: "טראכט נישט וואס א קוה טראכט, ווייל ער טראכט נישט"; דאס זעלבע זאג איך דיר, פארוואס דארפסטו זיך ארום דרייען טראכטן 'וואס וועט מיין משפחה טראכטן אויף מיר', קודם כל, ווער האט צייט צו טראכטן פון א צווייטן, יעדער איז פארנומען מיט זיין אייגענע חיים טובים, און אפילו יענער זאל יא טראכטן אז דו ביסט א בטלן, וואס האסטו מיט יענעם. בנוגע דיין ווייב, זי וועט דיר אנקוקן ווי אזוי דו וועסט זיך אהער שטעלן; ביסטו א בטלן - וועט זי דיר אנקוקן ווי א בטלן, ביסטו נישט קיין בטלן, נאר דו האסט גענומען א צווייטע פרנסה ווייל דער בעל הבית איז א שלעכטער, ער שרייט אויף די ארבעטער - וואו קומט אריין דא בטלן? זי וועט זיך פרייען אז דו האסט א פרנסה וואו מען שרייט נישט אויף דיר, זי וועט דאנקען דעם אייבערשטן אז איר מאן האט א פרנסה וואו מען איז אים מחשיב.


עס איז שווער צו ענטפערן בפרטי פרטיות ווען איך קען דיר נישט פערזענליך וכו', אבער מחזק זיין א צווייטן - אפילו מען קען אים נישט - דאס קען מען יא; דערפאר וויל איך דיר מחזק זיין. אחי היקר, שטארק דיר, גיי אריין אין אמונה, חזר דיר די אמונה פשוטה, אז עס איז גארנישט פארהאנען אויף דער וועלט - נאר דער איין איינציגער באשעפער וואס ער איז אלעס, און אלעס איז ער; דער אייבערשטער איז אין דומם, צומח, חי, מדבר, אלעס איז נאר עצם עצמיות חיות אלוקתו יתברך. ווי מער א מענטש חזר'ט אמונה, ווערט ער מער און מער אויף געבויט, מען ווערט זעלבסט שטענדיג און מען באקומט א זעלבסט זיכערקייט.


פארשטייט זיך אז פאר מען טוט א זאך דארף מען זיך דורך שמועסן מיטן אייבערשטן; אויב דו ווייסט נישט צי דו זאלסטו נעמען א צווייטע פרנסה אדער דו זאלסט בלייבן ביי דיין אלטע פלאץ, שמועס דיר אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, וועסטו נאכדעם וויסן וואס דו האסט צו טון. מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינער וואס האט נאך נישט טועם געווען דעם הייליגן רבינ'ס עצות, וואס מען שפירט ווען מען איז זיך מתבודד, ווי אזוי מען באקומט צוריק תשובות פונעם אייבערשטן ווען מען רעדט מיט אים, ווי אלעס איז אזוי קלאר, מען ווייסט אז וואס מען טוט איז גוט, מען טראכט נישט צוריק, מען עסט זיך נישט אויף דאס הארץ מיט טראכטן 'איך האב אזוי געדארפט טון', 'איך האב אהער געדארפט טון', נאר מען איז זיכער מיט זיך ווייל מען האט יעדע זאך אויסגעשמועסט פארדעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#13 - לערנען תורה שבכתב ביינאכט, נעמען רעגירונג'ס הילף פראגראמען
לימוד התורה, פרנסה

תוכן השאלה‎

To my dear rosh yeshiva,


I would like to know, since a lot of times I find myself learning my shiurim at night, besides chumish that I made it a thing to do it with my r”t tfilin (also your credit that I started again wearing it), and once heard that one should not learn tanach or plain Mishna at night, if it’s true and how I should go about it.


I also want to ask about taking programs. I was now removed from my vouchers for my kids, but I really can’t cover without it, but people tell me now when you are young if you take vouchers and you have to watch how much you earn it prevents you from making it big, but I don’t know if I will make it big at all, and will only be left with debts which I don’t want. please advise how I should go about it.


Thanks a million for everything you do with me and with klal yisroel.


Marc 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מארק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע צי מען מעג לערנען "תורה שבכתב" ביינאכט; דער הייליגער אריז"ל זאגט (עיין שער המצות פרשת ואתחנן, דבור המתחיל "והרי") אז מען זאל נישט לערנען תורה שבכתב ביינאכט, אבער די פוסקים זאגן (שאלות ותשובות לבושי מרדכי (סימן קפו); שאלות ותשובות אבני צדק (סימן קב); ועוד) אז אויב מען לערנט מיט רש"י איז זיכער גוט; דערפאר, אז דו ארבעטסט בייטאג און דו דארפסט ענדיגן דיינע שיעורים ביינאכט, ווען דו לערנסט נ"ך זאלסטו עס לערנען מיט רש"י און דעמאלט איז נישט קיין שום פראבלעם.


בנוגע צי דו זאלסט נעמען הילף פון די רעגירונג בכלל, און צי דו זאלסט נעמען הילף פאר שכר לימוד בפרט; עס איז באוואוסט דעם מאמר החכם: "הַהֶכְרֵח לֹא יְגוּנָה", אויב מען איז אין א מצב וואס מען קען נישט אנגיין אינעם טאג טעגליכן לעבן, מען קען נישט צאלן קיין שכר לימוד - איז בכלל נישט קיין שאלה צי מען זאל נעמען הילף פון די רעגירונג, אודאי דארף מען נעמען הילף אז מען זאל קענען באצאלן שכר לימוד; דו קענסט דאך נישט זיין א שיינער איד אויפן חשבון פון די ישיבה וואו דו שיקסט דיינע קינדער. עס זענען דא מענטשן וואס זענען מזלזל אין שכר לימוד, מען לייגט דאס די לעצטע זאך אויפן ליסט פון די הוצאות וואס מען דארף באצאלן.


מענטשן מיינען אז שכר לימוד איז א נדבה זאך, מען קוקט דאס אן ווי געבן צדקה; באמת איז עס נישט אזוי, שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, שכר לימוד איז נישט קיין נדבה, נאר עס איז חוב פאר עלטערן צו צאלן שכר לימוד, און אויב מען צאלט נישט איז עס גניבה וגזילה, חוץ פון דעם וואס בדרך כלל קענען מוסדות נישט באצאלן די מלמדים צייטליך, ווייל די עלטערן מאכן זיך נישט וואוסענדיג ווען מען בעט שכר לימוד. ווער ליידט דערפון? נאר די קינדער, ווייל דער מלמד זיצט אין כתה, און אנשטאט ער זאל זיין רואיג און וויסן ביי זיך אז ער גייט באקומען זיין געהאלט סוף וואך און ער גייט קענען דעקן זיינע הוצאות וכו', און אזוי ארום קען ער זיך אפגעבן מיט די קינדער אזוי ווי עס דארף צו זיין, ווערט ער נעבעך נערוועז פון זיינע חובות, און ער איז נישט רואיג אין כתה; ווער ליידט? די קינדער. דער מלמד הייבט אן שרייען, און אסאך מאל אפילו פארשעמט ער קינדער וכו'.


עלטערן דארפן טראכטן עצות 'ווי אזוי קענען מיר מאכן אז דער מלמד פון אונזערע קינדער זאל זיצן אין כתה רואיג אן קיין דאגות און אן קיין חובות'; פאר אלעס אויף דער וועלט געבן מענטשן אויס געלט, פאר הבל הבלים; פארוואס זאל מען נישט געבן עפעס פאר די מלמדים וואס לערנען מיט די קינדער און ליידן פון די קינדער וכו', מאך זיך א חשבון 'מה דאך די פאר שעה ווען די קינדער זענען אין שטוב שפירט א מענטש ווי זיי נעמען אים ארויס פון די כלים וכו', וואס זאל דער מלמד זאגן ווען ער זיצט א גאנצן טאג מיט דעם קינד, און נישט נאר מיט איין קינד נאר מיט דרייסיג קינדער'... עלטערן וואלטן ווען געדארפט טון אלעס אויף דער וועלט אז דער מלמד זאל האבן ישוב הדעת.


דערפאר איז א מצוה פאר יעדן איינעם צו העלפן דעם מוסד וואו ער שיקט זיינע קינדער אז זיי זאלן קענען צאלן צייטליך די מלמדים און טיטשערס, און אויב מען קען נישט באצאלן שכר לימוד, זאל מען אן קיין שום ספק נעמען הילף פון די רעגירונג, און בזכות דעם וועט מען זוכה זיין צו האבן נחת פון די קינדער.


דאס וואס דיינע חברים זאגן דיר אז אויב מען נעמט הילף פון די שטאט קען מען נישט וואקסן אין ביזנעס, און זיי ראטן דיר זאלסט הונגערן וכו' ביז דו וועסט מצליח זיין; וואס זאל איך דיר זאגן, א מענטש דארף זיין א מכיר את מקומו, און אויב מען האט נישט וואס צו עסן איז נאריש זיך צו עקשנ'ען אז מען נעמט נישט קיין הילף פון די רעגירונג, און אודאי אויב מען האט נישט קיין געלט צו צאלן שכר לימוד און מען וויל זיין א כלומר'ישע שיינער איד, און זיך אויפטון פאר די חברים אז מען נעמט נישט קיין הילף וכו', דעמאלט איז מען א גנב.


איך האב אויפגעשטעלט מוסדות מיט גרויס מסירות נפש, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס איך בין אריבער וכו' וכו'; איינע פון מיינע שווערסטע זאכן וואס איך בין אריבער איז געווען ווען איך בין געווען שולדיג פאר מיינע מלמדים זייער געהאלט. עס האט געקענט אריבער גיין א גאנצע ווינטער סעזאן - פון סוכות ביז פסח, וואס ואין בידי לפורטה אפילו שוה פרוטה, איך האב נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן; די מלמדים פלעגן קומען קלאפן אויף מיין טיר יעדן ערב שבת פרעגן צי איך האב כאטש א פיפציגער, א צוואנציגער, זיי זאלן האבן אויף שבת צו מאכן; איך האב געהאט א נס אז זיי זענען מיר געווען געטריי, און זיי האבן מיר געוואלט העלפן אויפשטעלן מוסדות, זענען זיי געבליבן ארבעטן ביי מיר. איך פלעג מיך באהאלטן אז זיי זאלן מיך נישט טרעפן, און איך פלעג וויינען צום אייבערשטן ער זאל מיר נישט פארשעמען; איך פלעג מיך אראפ לייגן אויף דער ערד וויינען צום אייבערשטן אז איך וויל נישט זיין א גנב, איך וויל באצאלן מיינע ארבעטער; ביז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב זיי אלע באצאלט מיט ניסי ניסים.


איך האב געהאט קליינע קלאסן וואס זענען באשטאנען פון פיר קינדער פער קלאס, עס איז נישט געווען מעגליך אז איך זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע, ווייל אפילו לאמיר זאגן אז אלע פיר קינדער צאלן שכר לימוד, יעדע קינד באצאלט צוויי הונדערט דאללער א חודש, איז עס אכט הונדערט דאללער א חודש, דא דארף איך באצאלן יעדע וואך די סכום; בין איך געגאנגען בעטן די עלטערן זיי זאלן נעמען הילף פון די רעגירונג, ווייל נישט אלע עלטערן זענען געווען ביכולת צו צאלן; א טייל האבן גענומען הילף, און אזוי האבן זיי באצאלט זייער שכר לימוד. דאס מערסטע האט מיך געבאדערט ווען איך האב געזען עלטערן וואס מאכן זיך נישט וואוסענדיג, זיי שיקן אלע אינגלעך און מיידלעך אין אונזער מוסד, זייער חוב פון שכר לימוד האלט ביי פיפציג טויזענט דאללער, און אין קול ואין עונה; מען בעט זיך ביי זיי 'נעמט הילף פון די שטאט', זאגן זיי: "מיר זענען בכבוד'יגע מענטשן וכו'"; פרעג איך דיר: "זענען זיי גערעכט?" איך שפיי בלוט יעדן טאג, און ווען עס קומט סוף וואך דארף איך קענען באצאלן די מלמדים און טיטשערס, און עס איז פשוט נישט דא פון וואו דאס צו דעקן, אסאך מאל קען מען שפירן ווי דער מוח קען עס מער נישט דערהייבן, בשעת ווען עס זענען דא עלטערן וואס אויב זיי צאלן ווען שכר לימוד אדער זיי נעמען הילף פון די שטאט, וואלט דער מוסד געקענט צאלן אלע מלמדים און טיטשערס וועכנטליך אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שפע אז דו זאלסט נישט דארפן נעמען פון קיינעם קיין הילף, זאלסט האבן פאר דיר און קענען העלפן אנדערע אידן - בזכות וואס דו לערנסט תורה; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן צז): "מִי שֶׁאֵין לוֹ פַּרְנָסָה, יַעֲסֹק בַּתּוֹרָה, וְאַחַר כָּךְ יִתְפַּלֵּל עַל פַּרְנָסָה, בְּוַדַּאי יִתְקַבֵּל תְּפִלָּתוֹ", ווער עס וויל פרנסה, זאל לערנען תורה, און נאכדעם זאל ער בעטן דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער זיכער צו הערן זיין געבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#12 - וויפיל איז דער שיעור צו טון השתדלות פאר פרנסה?
פרנסה

תוכן השאלה‎

רציתי להודות מכל הלב להרב הראש ישיבה שליט''א על החיזוק הגדול שמקבלים מהשיעורים שמחזק ומעודד כל כך הרבה אנשים ואני בתוכם. זכות הרבים תלוי בכם.


רציתי לשאול עד כמה ''השיעור'' של השתדלות בענין הפרנסה? ממתי כבר לא צריכים שום השתדלות אלא להאמין ולבטוח בהשם שהוא זן ומפרנס לכל?


יישר כוח גדול.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז אמונה און בטחון קומט נישט אריין ווען מען זעט אז מען איז נישט מצליח וכו', נאר א מענטש דארף לעבן מיט אמונה ובטחון סיי ווען עס גייט אים גוט און סיי ווען עס גייט אים פארקערט ווי ער וויל.


א מענטש דארף גוט אריין נעמען אין זיך אז די גאנצע וועלט איז איין שטיק אייבערשטער און איך שטיי אינדערמיט; ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער, און דער אייבערשטער איז ממלא כל עלמין און מסובב כל עלמין, עס איז נישט דא קיין מציאות אויסערן אייבערשטן, און אין יעדע איינציגסטע תנועה איז דארט באהאלטן דער אלופו של עולם, דאס איז די גרעסטע הנאה און געשמאק וואס מען קען האבן אויף דער וועלט. מען שפירט שוין אויף די וועלט די הנאה וואס מען גייט זוכה זיין צו שפירן אין 'גן עדן'.


דערפאר זאלסטו זיך מחזק זיין אין אמונה, און גלייבן אז קיינער קען דיר נישט געבן קיין פרנסה און קיינער קען דיר נישט צו נעמען דיין פרנסה, ווייל נאר דער אייבערשטער איז דער וואס געבט פרנסה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח.): "בְּשִׁמְך יִקְרָאוּך וּבמְקוֹמְך יּוֹשִׁיבוּך, וּמִשֶּׁלְּך יִתְּנוּ לְך, אֵין אָדָם נוֹגֵעַ בַּמּוּכָן לַחֲבֵירוֹ, וְאֵין מַלְכוּת נוֹגַעַת בַּחֲבֶרְתָּהּ, אֲפִילוּ כִּמְלֹא נִימָא", קיינער קען גארנישט צונעמען פון א צווייטן; איי וועסטו פרעגן: 'פארוואס דארף מען גיין ארבעטן? אויב אלעס איז דער אייבערשטער, וועל איך בלייבן זיצן אין שטוב, וואס האב איך צו ארבעטן?' אויף דעם זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (ספרי דברים, פרק טו, פיסקא קנח) אויפן פסוק (מלשון הכתוב דברים טו, יח): "וּבֵרַכְתִּיך בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה, יָכוֹל יְהִי יוֹשֵׁב וּבָטֵל? תַּלְמוּד לוֹמַר בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", מען דארף ארבעטן, און דער אייבערשטער שיקט אריין די ברכה מען זאל פארדינען פרנסה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו, און ער האט אויסגעבראכן אין א געוויין: "רבי, מיין פרנסה געבער איז געשטארבן"; דער איד האט געהאט א קו, און ער פלעגט מעלקן מילך פונעם קו און פארקויפן די מילך, און פון דעם האט ער געהאט פרנסה, צופרי איז ער אריין אין שטאל און געטראפן זיין קו טויט, און ער איז געקומען צום חפץ חיים דערציילן איבער זיין צרה, דער חפץ חיים האט אים געוואלט בארואיגן, אבער דער איד וויינט און שרייט אז ער גייט שוין שטארבן פאר הונגער ווייל ער האט מער נישט קיין פרנסה, זאגט אים דער הייליגער חפץ חיים: "דיין פרנסה געבער איז דער אייבערשטער, און ער וועט דיר ווייטער געבן פרנסה; חס ושלום צו טראכטן אז דיין פרנסה איז געקומען פון א קו, נאר די וועג ווי אזוי דו האסט געהאט פרנסה איז געווען דורך די קו, און יעצט וועט קומען דיין פרנסה דורך אן אנדערע וועג".


די מעשה דארף מען גוט אריינעמען אין זיך, אז מיר זאלן זיך נישט איינרעדן פאר איין מינוט אז די פרנסה קומט פון די ארבעט, און אויב מען וועט פארלירען די ארבעט וועט מען אויסגיין פאר הונגער וכו', אדער אנדערע מחשבות וואס קומען אריין אינעם מענטש: 'וואס וועט זיין?' 'ווי אזוי וועל איך האבן געלט?' נאר א מענטש דארף זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן, אז דער אייבערשטער האט זיך שוין זיינע וועגן ווי אזוי ער העלפט דעם מענטש. אזוי ווי חכמינו זכרונו לברכה זאגן (תענית ב.): "מַפְתֵּחַ שֶׁל פַּרְנָסָה הִיא בְּיַד הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


 

#11 - וואס איז די ריכטיגע וועג צו בעטן אויף פרנסה?
פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד ראש הישיבה שליט"א,


א גרויסן ישר כח פאר די שטארקע חיזוק ווערטער וואס איך הער כסדר, און אויך פאר די עצות און הדרכות פון ראש ישיבה שליט"א, וואס אזויפיל אידן אין די וועלט זענען זיך מחזק פון דעם.


איך ווייס נישט אויב דער ראש ישיבה ווייסט, איך אליין, וואס איך געהער נישט בכלל צו ברסלב ביי אונז און קהילה אין ארץ ישראל קען איך אסאך אידן וואס הערן זיך צו צו יעדע דרשה און פאלגן די עצות, און האבן א געוואלדיגע חיזוק. אייער זכות איז זייער גרויס, דער אייבערשטער זאל אייך שענקען ברכה און הצלחה אין אלע אייערע וועגן.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי איז ריכטיג איך זאל בעטן אויף פרנסה? אז דער אייבערשטער זאל מיר שיקן מער ארבעט אין דעם תחום וואס איך בין עוסק? אדער איך זאל בעטן אויף פרנסה בכללות אז ער זאל מיר שיקן ואויף וועלכע וועג ער פארשטייט?


אסאך מאל בין איך מתפלל אז דער אייבערשטער זאל מיר שיקן קונים, אן נאכדעם טראכט איך ווער זאגט אז מען מעג זאגן פאר'ן באשעפער וואס איז גוט פאר מיר, און אים גיבן "עצות" ווי אזוי? אבער אפשר אז איך בין עוסק אין א תחום אפשר איז יא ריכטיג צו בעטן איך זאל האבן הצלחה אין דעם תחום וואס איך טו און האבן פרנסה פון דעם?


א גרויסן יישר כח, אויב איר קענט מיר דאס קלאר מאכן.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען ר' נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, איז ער געקומען צום רבי'ן, און פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", און אזוי גייענדיג, האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף ר' נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט ר' נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דאס ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, און אים אלעס אויסדערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן, אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער, און ער וועט האבן א זיס לעבן.


ר' נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד", האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס אויסדערציילן".


ווען א מענטש הייבט אן פאלגן דעם רבי'ן, און יעדן טאג רעדט ער זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער דאנקט אים אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אים אויף אלעס וואס ער דארף, און ער דערציילט אים אלעס וואס עס באדערט אים, און אויב מען איז אראפ געפאלן און געטון שלעכטע מעשים דערציילט מען עס פארן אייבערשטן, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין - אזא מענטש לעבט שוין דא בזה העולם אין "גן עדן", אזא מענטש לעבט א חיים טובים, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען, און קיינער קען אים נישט שלעכטס טון.


אמאל איז איד געקומען צו ר' נתן נעמען אביסל חיזוק; בכלל דארף מען וויסן אז אלע דיבורים וואס ר' נתן האט גערעדט איז געווען בעיקר פון רעדן צום אייבערשטן, און דאס האט ער איבער געגעבן פאר אלע זיינע תלמידים, אז עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף דער וועלט נאר צו דינען דעם אייבערשטן - אים צו דאנקען, און ווען מען דארף עפעס זאל מען נאר צו אים מתפלל זיין. דער איד האט געזאגט פאר ר' נתן אז ער מאכט יעדן טאג התבודדות אזוי ווי ר' נתן האט אים געלערנט; פרעגט אים ר' נתן: "וואס בעטסטו פונעם אייבערשטן?" האט דער איד געענטפערט: "איך בעט זוכה זיין צו מדריגות וכו'", פרעגט אים ר' נתן: "זאג מיר, פרנסה האסטו?" ענטפערט ער: "ניין", זאגט אים ר' נתן: "הער מיך צו, דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אויף פרנסה, ווייל דאס איז דיין אמת"; דער אייבערשטער הערט צו אלע תפילות אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמה, יח): "קָרוֹב ה' לְכָל קֹרְאָיו", אבער נאך מער נעמט דער אייבערשטער אן די תפילות וואס איז מיט אן אמת – "לְכֹל אֲשֶׁר יִקְרָאֻהוּ בֶאֱמֶת".


זעט מען פון דעם אז א מענטש דארף בעטן דעם אייבערשטן וואס עס ליגט אים אויפן הארצן, ווייל די תפילות וואס קומט ארויס פון הארץ, דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.) אז ווען עס איז דא אן עצירת גשמים, און מען מאכט אן עצרת תפילה זאל מען נעמען פארן שליח ציבור אזא איינער וואס איז "מְטוּפָּל וְאֵין לוֹ", אפילו עס איז דא א זקן וחכם, און רש"י זאגט דארט, אז דער טעם איז, ווייל א מענטש וואס האט א שטוב מיט קינדער, און ער דארף זיי מפרנס זיין, אזא מענטש דאווענט פון די טיפעניש פון זיין הארץ, ער שרייט צום אייבערשטן מיט אן אמת, און ביים אייבערשטן איז זייער חשוב ווען א מענטש קומט צו אים און וויינט זיך אויס, און ער בעט פאר א ישועה.


אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת בלק, קצה.) אז ווען אן ארימאן קומט צום אייבערשטן און בעט אויף פרנסה, ער טענה'ט מיטן אייבערשטן פארוואס ער האט נישט קיין פרנסה, זיין ווייב און קינדער ווארטן אויף עסן און ער האט זיי נישט וואס צו געבן, זאגט דער זוהר הקדוש אז דער תפילה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן - מער פון אלע תפילות, עיין שם.


דערפאר, וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו רעדסט צום אייבערשטן יעדן טאג, און דו בעטסט אים פרנסה; עס איז נישט קיין חילוק ווי אזוי מען בעט דעם אייבערשטן, דער עיקר דארף מען זען איין זאך: 'נישט אפלאזן די זאך פון תפילה', צי אזוי צי אזוי - דאס איז נישט משנה, ווייל ווי לאנג א מענטש רעדט צום אייבערשטן איז ער צוגעקלעבט צו אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לַשֵּׁם יִתְבָּרַך הִיא עַל יְדֵי תְּפִילָה", דורך תפילה ווערט א מענטש צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#10 - איך האב פארלוירן מיין פרנסה, וואס טו איך?
פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, 24 יאר אלט, מיט צוויי קינדערלעך ב"ה. איך האב יעצט פארלוירן מיין פרנסה, די ביזנעס וואו איך האב געארבעט האט זיך פארמאכט, און יעצט בין איך שוין אן פרנסה פאר א חודש. קענט איר מיר אפשר געבן אן עצה וואס צו טון?


ארי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ב' פרשת וזאת הברכה-ב, י"ב תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


לכבוד ארי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות; עס ווערט געברענגט (מדרש תלפיות) אז שלמה המלך האט געהאט א רינגל אויף זיין פינגער, וואס עס איז געווען אויסגעקריצט אויף דעם די דריי אותיות ג' ז' י', און יעדעס מאל ווען ער איז אריבער א צרה, האט ער געהאלטן אין איין קוקן אויף דעם רינגל און געשמייכלט. די משרתים האבן נישט פארשטאנען וואס איז דא צו קוקן אויף דעם רינגל, און פארוואס שמייכלט ער, האבן זיי געפרעגט שלמה המלך וואס איז פשט פון דעם רינגל און וואס מיינען די אותיות ג' ז' י'? האט זיי שלמה המלך מסביר געווען אז דאס איז די ראשי תיבות פון די ווערטער: "גַּ'ם זֶ'ה יַ'עֲבוֹר" - דאס וועט אויך אריבער גיין. אז יעדעס מאל ווען ער האט א צרה איז ער זיך מחזק אז: "גַּם זֶה יַעֲבוֹר", דאס וועט אויך אריבער גיין.


דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט אויך קוקן אויף דעם רינגל און געדענקען אז "גַּם זֶה יַעֲבוֹר", און דער אייבערשטער וועט דיר געבן פרנסה בריווח; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות דף סג.): "כָּל הַמְשַׁתֵּף שֵׁם שָׁמַיִם בְּצַעֲרוֹ, כּוֹפְלִין לוֹ פַּרְנָסָתוֹ", ווער עס נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיין צרה, טאפלט אים דער אייבערשטער זיין פרנסה; ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים קומט פונעם אייבערשטן - זיין ווייב, זיין פרנסה, זיינע קינדער, אלעס אלעס איז פונעם אייבערשטן, קיינער קען אים נישט געבן קיין פרנסה און קיינער קען נישט צו נעמען קיין פרנסה יעדע זאך איז אנגעשריבן פון אויבן, דעמאלט וועט אים דער אייבערשטער געבן פרנסה בריווח.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עו.): "שָׁאֲלוּ תַּלְמִידָיו אֶת רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחַאי, מִפְּנֵי מַה לֹא יָרַד לָהֶם לְיִשְׂרָאֵל מָן פַּעַם אַחַת בַּשָּׁנָה?" די תלמידים פון רבי שמעון בן יוחאי האבן אים געפרעגט, פארוואס האט דער אייבערשטער געדארפט מאכן עס זאל יעדן טאג פאלן מן פון הימל, עס וואלט געקענט קומען מן פון הימל נאר איינמאל א יאר? "אָמַר לָהֶם, אֶמְשֹׁל לָכֶם מָשָׁל, לְמָה הַדָבָר דּוֹמֶה? לְמֶלֶך בָּשָׂר וָדָם שְׁיֵשׁ לוֹ בֶּן אֶחָד, פָּסַק לוֹ מְזוֹנוֹתָיו פַּעַם אַחַת בַּשָּׁנָה, וְלא הָיָה מַקְבִּיל פְּנֵי אָבִיו אֶלָא פַּעַם אַחַת בַּשָּׁנָה, עָמַד וּפָסַק מְזוֹנוֹתָיו בְּכָל יוֹם, וְהָיָה מַקְבִּיל פְּנֵי אָבִיו כָּל יוֹם", האט ער זיי געענטפערט מיט א משל צו א קעניג וואס האט געהאט א בן יחיד, ער האט אים געגעבן גענוג געלט ער זאל קענען לעבן א גאנצע יאר, און דער קינד איז נישט געקומען צום קעניג א גאנצע יאר, ביז די געלט האט זיך אים אויסגעניצט; דער קעניג האט זיך זייער געבענקט נאך זיין קינד, האט ער דעם קומענדיגע יאר אים געגעבן געלט וואס זאל נאר זיין גענוג פאר איין טאג צו לעבן, אז דער זון זאל קומען צו אים יעדן טאג. האט רבי שמעון בן יוחאי אויסגעפירט: "אַף יִשְׂרָאֵל, מִי שְׁיֵשׁ לוֹ אַרְבָּעָה וַחֲמִשָּׁה בָּנִים, הָיָה דּוֹאֵג וְאוֹמֵר, שֶׁמָּא לֹא יֵרֵד מָן לְמָחָר, וְנִמְצְאוּ כֻּלָּן מֵתִים בָּרָעָב, נִמְצְאוּ כֻּלָּן מְכַוְּנִים אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶן שֶׁבַּשָׁמַיִם", אזוי איז געווען אין מדבר, א איד איז אויפגעשטאנען צופרי, ער האט נישט געהאט קיין עסן פאר זיך און פאר זיינע קינדער, איז ער גלייך געגאנגען שרייען צום אייבערשטן אז ער דארף פרנסה, און דער אייבערשטער האט אים געגעבן מן; אזוי איז געווען מיט אלע אידן, יעדן טאג האבן די אידן געבעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן האבן פרנסה.


ווען א מענטש האט נישט קיין פרנסה, דארף ער געדענקען אז דער אייבערשטער מאכט דאס נאר ווייל ער וויל הערן זיין קול, ווי ער בעט זיך: "טאטע איך דארף פרנסה", "טאטע איך דארף ברענגן ברויט פאר מיינע קינדער", "רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר איך זאל טרעפן א פרנסה, איך זאל קענען מפרנס זיין מיין משפחה"; אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן וועסטו זיכער טרעפן א גוטע פרנסה.


וויסן זאלסטו עס איז דא גענוג און נאך ארבעט וואו צו פארדינען וכו', נאר די סיבה פארוואס מען זעט מענטשן דרייען זיך ארום אן קיין פרנסה, כמה בטלני איכא בשוקא, דאס איז ווייל זיי האבן אין זיך גאוה, זיי ווארטן צו טרעפן א פרנסה וואס מען פארדינט גלייך גאר אסאך געלט, און ביז זיי טרעפן נישט די בעסטע דזשאב בארגן זיי געלט וכו'. אבער באמת, ווען עס קומט אהיים צו ברענגען געלט פאר די ווייב און קינדער, טאר מען נישט קוקן אויף כבוד, מען דארף געדענקען אז מען האט אונטער געשריבן ביי די חופה אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר, וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו', עס איז נישט קיין שום בושה צו ארבעטן א פשוט'ע ארבעט וכו', א בושה איז צו זען ווי עס דרייען זיך ארום אינגעלייט כלומר'ישע שיינע אידן (זיי האלטן זיך אזוי), זיי בארגן פון מענטשן געלט און זיי באצאלן קיינמאל נישט צוריק, דאס איז א בושה; איך בין שטענדיג מעורר מיינע תלמידים זיי זאלן גלייך גיין ארבעטן נאך די חתונה, נישט קיין חילוק וואסערע ארבעט - אבי אהיים צו ברענגען פרנסה, ענדערש ווי זיך צו דרייען פוסט און ליידיג און זוכן א גאנץ לעבן א מכובד'יגער פרנסה וכו'.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר וואס דו זאלסט טון אז דו האסט שוין א חודש צייט נישט קיין פרנסה וכו'; זאג איך דיר: וועל דיר נישט קיין סאך, נאר גלייך אז דו הערסט אז איינער זוכט א ארבעטער, זאלסטו גיין ארבעטן, און אז דו טרעפסט עפעס בעסער קענסטו נאכדעם נעמען די בעסערע וכו', אבער סתם זיצן ליידיג איז נישט גוט.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן א פרייליכן יום טוב.

#9 - וואס טו איך אז איך האלט שוין מער נישט אויס די יסורים?
שלום בית, פרנסה, התחזקות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, וואס האט מיר מחזק געווען אמאל אין אסאך שווערע צייטן. אבער יעצט שפיר איך אז איך בין שוין אזוי שטארק צעבראכן אז קיין שום חיזוק וועט מיר שוין נישט העלפן.


אלעס אין לעבן גייט מיר שווארץ, די פרנסה, די שלום בית, די קינדער, און איך אליין. איך בין צעבראכן און צעהאקט אויף שטיק שטיקער, און איך האט מער נישט קיין טעם אין מיין לעבן.


איך ארבעט אויף א פלאץ שוין פאר 12 יאר, און איך האב פיינט יעדע מינוט וואס איך בין דארט, אבער איך האב נישט גענוג זעלבס זיכערקייט איבערצולאזן די פאסטן און גיין זוכן אן אנדערע פרנסה. דער זון פונעם בעל הבית האט מיר פיינט און האלט אין איין זאגן ליגנטס פאר זיין טאטע וועגן מיר, און איך בין נישט גענוג שטארק ביי זיך צו קענען עפעס טון דערוועגן.


דערווייל ווער איך מער און מער דעפרעסט יעדן טאג, איך ווייס נישט פארוואס איך מיט מיין גאנצע משפחה דארפן אזויפיל ליידן, און איך האב ממש נישט מיט וועמען צו רעדן איבער מיינע ווייטאגן. איך האב נישט קיין נאנטער חבר, נישט קיין רבי אדער רב, און אפילו פאר מיין ווייב האב איך נישט דערציילט איבער מיינע אינערליכע יסורים.


איך האב שוין פיל געוויינט און גערעדט צום אייבערשטן, פילע לאנגע שמונה עשרה'ס האב איך שוין באגאסן מיט טרערן, אבער ווי עס זעט אויס וויל דער אייבערשטער מיר נישט אויסהערן. און די איינציגסטע ברירה וואס בלייבט מיר איז נאר צו שטארבן, הלואי ווען איך קען ווען שטארבן, איך זע אזויפיל גוטע מענטשן ווערן אוועק גענומען פון דער וועלט, הלואי וואלט דער אייבערשטער מיר גענומען אנשטאט זיי.


אפשר האט איר עפעס אן אנדערע וועג ארויס פאר מיר?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס זאלסטו טראכטן פון שטארבן? שטארבן וועט דיר נישט העלפן; טראכט נישט פאר איין רגע אז דארט וועט דיר זיין בעסער, ענדערש געב זיך איבער צום אייבערשטן וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן זאגן ער וויל שטארבן ווייל ער האט נישט קיין כח צו די יסורים וואס ער ליידט, האט אים דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן פד): חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", זאלסט נישט טראכטן אז אין קבר וועט דיר זיין בעסער, און דער רבי האט אים געגעבן צו פארשטיין אז דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען, יעדער איינער מיט זיינע טרדות; פרנסה וכו' וכו', ממילא קען זיין אז מען זאל כאפן א ביס פון א ווארים אדער א פליג אן דעם וואס מען זאל שפירן עפעס ווען מען כאפט דעם ביס, ווייל מען איז אריין געטון אין אנדערע זאכן. אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טירדות און מחשבות וואס זאל אוועק נעמען דעם קאפ פון הערן ווי די ווערים קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע ריר און יעדע שטאך, מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס צער אין קבר ווען מען הערט יעדע בייס פון די ווערים און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.


אז דו גייסט אריבער שוועריקייטן זאלסטו זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אַז עֶס אִיז גָאר בִּיטֶער אִיז מֶען זִיך אִינְגַאנְצְן מְבַטֵּל", האט רבי נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט די מויל מיט די אויגן, דאס איז ביטול צום אייבערשטן"; דאס הייסט, ווען א מענטש פארמאכט די מויל - ער פרעגט נישט קיין קשיות, ער פארמאכט די אויגן - ער וויל גארנישט זען און פארשטיין, ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דעמאלט איז ער זוכה אז אלעס ווערט גוט און דער אייבערשטער העלפט אים מיט זיין ישועה.


דו שרייבסט אז דו האסט שוין אזויפיל געבעטן דעם אייבערשטן וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען זיין זייער שטארק נישט צו ווערן מייאוש ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויסצואווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ארויס גיין פון דיינע צרות ויסורים און דו זאלסט שוין האבן א ישועה אין אלע דיינע ענינים.

#8 - וועט "מסכת תענית" העלפן אויך פאר פרנסה?
פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס איך הער שוין אויס פאר די לעצטע יאר צייט, דאס העלפט מיר ממש אויף טריט און שריט אין לעבן.


איך בין ב"ה חתונה געהאט, איך האב איין קינד ב"ה, אבער איך מוטשע זיך געפערליך מיט פרנסה. איך וויל וויסן אויב די סגולה וואס מוהרא"ש זי"ע האט געגעבן פאר די בחורים פאר א שידוך, צו זאגן מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, צי דאס העלפט אויך פאר פרנסה.


א גרויסן יישר כח, יהודה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהודה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.) אז די שליסל פון פרנסה איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן; קיינער קען נישט צו נעמען פון א מענטש זיין פרנסה און קיינער קען נישט געבן פרנסה - נאר דער אייבערשטער אליינס וואס ער איז דער זן ומפרנס לכל.


אז דו מוטשעסט זיך מיט פרנסה זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר העלפן זאלסט קענען מפרנס זיין דיין ווייב און קינדער.


מוהרא"ש האט דערציילט, אין ירושלים איז געווען א באוואוסטער מגיד רבי בנציון יאדלער זכרונו לברכה וואס ער פלעגט ארום גיין אין שול'ן האלטן דרשות; איינמאל איז צו אים געקומען א איד און אנגעהויבן וויינען: "איך האב נישט קיין פרנסה, מיינע קינדער גייען אויס פאר הונגער, זיי וויינען פאר ברויט וכו' וכו'", זאגט אים ר' בנציון ז"ל: "וָואס וִוילְסְטוּ פוּן מִיר? דוּ הָאסְט דָאך אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר", דער איד קוקט אן דעם ר' בנציון מיט וואונדער און זאגט: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט קוים פאר זיך צו לעבן?" און ער הייבט אן וויינען: "פארוואס מאכט איר חוזק פון מיר?!" זאגט אים ר' בנציון: איך מיין נישט דיין טאטע פון צפת, איך מיין דיין טאטע אין הימל - דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן! בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר".


דאס זעלבע זאג איך דיר: "דוּ הָאסְט דָאך אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר"; פרנסה האט נישט צו טון צי מען איז געלונגען אדער אויב מען האט א גוטן קאפ; פרנסה קומט פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט א מעשה, אמאל זענען געווען צוויי גרויסע עשירים וואס זענען געווען שכנים הויז צו הויז, איינער איז געווען א גרויסער קמצן - א קארגער מענטש, און דער צווייטער איז געווען גאר א גרויסער בעל צדקה; איינמאל איז געקומען אן ארימאן אין געבעטן צדקה פון דעם קמצן, האט דער קמצן אים געזאגט אזוי: "איך האב דא ביי מיר אין גארטן אסאך ביימער וואס מען דארף זיי צעשניידן, אז דו וועסט מיר צעשניידן די אלע גרויסע ביימער אויף קליינע שטיקלעך האלץ וועל איך דיר געבן עסן", אומר ועושה, דער ארימאן האט גענומען א האק און זיך גענומען צו די שווערע ארבעט, ער האט צעהאקט אלע ביימער און זיי פארוואנדלט אין שפענדלעך, ווען ער האט געענדיגט איז ער געקומען צום בעל הבית בעטן עסן, זאגט אים דער קמצן: "קום מיט מיר", און ער פירט אים צום שכן'ס הויז - די הויז פונעם צווייטן עושר - און זאגט אים: "קלאפ אריין ביי דעם טיר, דא וועסטו אלעס באקומען; עסן, געלט וכו'", דער ארימאן האט געמיינט אז דאס איז איין זאך, איין בעל הבית; ער קלאפט אריין און תיכף ומיד האט מען אים אויף גענומען מיט א מורא'דיגע שמחה, מען האט אים געגעבן צו עסן מכל טוב וטוב, אינמיטן עסן האט זיך דער ארימאן אנגערופן: "איך האב זייער שווער געהארעוועט פאר די עסן", פרעגט מען אים: "וואס הייסט?" ענטפערט ער: "איך האב געהאקט האלץ א גאנצן טאג ביז איך האב באקומען דאס עסן, דאס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג", האט מען אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", מען האט אים ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, אז דאס זענען צוויי מענטשן און אויב וואלט ער קודם אנגעקומען אהער וואלט ער בכלל נישט געדארפט ארבעטן, ווייל דא געבט מען פאר יעדן איינעם עסן בחינם.


מוהרא"ש זאגט, וואס האט אונז דער רבי געוואלט לערנען מיטן דערציילן די מעשה? אז מען האט אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", דאס מיינט מען צו זאגן דו האסט גארבעט פאר דיינע עבירות; אז א מענטש האט געזינדיגט דארף ער ארבעטן ביטער שווער און מיט דעם קומט ער אפ זיינע עבירות, אבער פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם בחינם.


די מעשה דארף אונז זייער שטארקן אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן, דעריבער אז דו גייסט יעצט אריבער שווערע צייטן מיט דיין פרנסה וכו', זאלסטו נאר טראכטן פונעם אייבערשטן, און נאר רעדן און בעטן פונעם אייבערשטן, וועסטו געהאלפן ווערן.


אז דו ווילסט האבן פרנסה בריווח זאלסטו זאגן יעדן טאג - גלייך נאך שחרית - די צען קאפיטלעך תהילים, דעם "תיקון הכללי", ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט) אז זאגן דעם "תיקון הכללי" איז א סגולה אויף פרנסה; נעם די סגולה פון הייליגן רבי'ן און זאג דעם "תיקון הכללי", וועסטו זוכה זיין צו האבן ישועות, רפואות און פרנסה בריווח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן פרנסה בשפע.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.