שאלה אין קורצן ענין
#18 - ווי אזוי דאנק איך אויף א ישועה, ווען דער אייבערשטער אליין האט מיר דאך געברענגט די צרה?
צרות, קשיות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פארשטיי נישט פארוואס מ'דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים, דער אייבערשטער האט דאך געשיקט די אידן קיין מצרים, ער וואלט דאך נישט געדארפט שיקן די אידן אהין, און אזוי וואלט ער זיי נישט געדארפט ארויסנעמען.


איך פארשטיי אז מ'קען נישט פארשטיין די וועגן פון באשעפער, אבער בעיקר שטערט מיר מיין אייגענע גלות, די צרות אין וואס דער אייבערשטער האט מיר אריינגעלייגט, ווי אזוי קען איך דאנקען דעם אייבערשטן ווען איך גיי ארויס פון מיינע צרות, ווען ער איז דאך געווען דער וואס האט געברענגט אויף מיר די צרות?


איך האף איר וועט מיר דאס קענען ערקלערן, יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר, י"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט אלעס קענען מיר פארשטיין; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י.): "בְּהֲדֵי כַּבְשֵׁי דְּרַחְמָנָא לָמָה לְךָ?" מיר קענען נישט פארשטיין ווי אזוי דער אייבערשטער פירט דער וועלט, מיר דארפן אים דינען געטריי אפילו מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט.


ווען עס גייט אריבער צרות דארפן מיר שרייען צום אייבערשטן אזוי ווי די אידן האבן געטון אין מצרים, זיי האבן געשריגן צום אייבערשטן ער זאל זיי ראטעווען. און ווען דער אייבערשטער העלפט אז מען גייט ארויס פון די צרות דארף מען אים דאנקען פאר דעם אזוי ווי די אידן האבן געזינגען שירה אויף די אלע ניסים. אזוי דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אונז.


בנוגע די צרות וואס גייען אריבער אויף דיר השם ישמרינו; וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער ברענגט נישט קיין שום שלעכטס אויפ'ן מענטש אומזיסט. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות ה:) אז רב הונא האט געהאט א גרויסער שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאנגען באזוכן און אים מחזק זיין, זיי האבן אים געזאגט: "לְעַיֵּן מַר בְּמִילֵיהּ", ער זאל זיך נאכקוקן זיינע מעשים אויב ער האט איינעם שלעכטס געטון און ער זאל תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן. האט רב הונא געפרעגט די חכמים: "מִי חַשִׁידְּנָא בְּעֵינֵייכוּ", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים געענטפערט: "וּמִי חָשִׁיד קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא דְעָבִיד דִּינָא בְּלֹא דִינָא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט? אז דער אייבערשטער האט דיר געברענגט שלעכטס איז דאס נישט אומזיסט. און די גמרא פירט אויס אז מען האט אים פארגעהאלטן אויף א געוויסע זאך און ער האט תשובה געטון דערויף און נאכדעם ער איז צוריק רייך געווארן.


אז דו גייסט אריבער שווערע צרות איז דאס נאר דיר צוריק צו ברענגען צום אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "אִם רוֹאֶה אָדָם שֶׁיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו יְפַשְׁפֵּשׁ בְּמַעֲשָׂיו", אז מען זעט זיך פול מיט יסורים דארף מען תשובה טון, איבער בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען האט אים דערצערנט און זיך איבער געבן צו אים. חכמינו הקדושים זאגן אונז (פסיקתא רבתי, פרק מז): "אַשְׁרֵי אָדָם שֶׁנָּגְעוּ בּוֹ יִסּוּרִין, וְכָבַשׁ רַחֲמָיו וְלֹא קָרָא תִּגָּר", וואויל איז פאר'ן מענטש וואס ער ווערט געפייניגט מיט יסורים און ער האט נישט קיין טענות צום אייבערשטן. ער ווייסט אז דאס איז פאר זיין גוט'ס, אים אויפצוהייבן העכער אויף א העכערע מדריגה.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים, בפרט אין די הייליגע קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף א פשוט'ע שפראך פאר אונז פשוט'ע מענטשן, מיר זאלן פארשטיין וואס דער רבי זאגט. דעמאלט וועסטו שוין נישט האבן די נארישע קשיות און שאלות אויף די אמונה, די אמונה וועט ביי דיר ווערן אזוי קלאר און דו וועסט צו קומען צו אזא שכל צו וויסן אז דו ווייסט גארנישט, "כִּי תַּכְלִית הַיְדִיעָה אֲשֶׁר לֹא נֵדַע (חיי מוהר"ן, סימן רפג)"; דאס איז דער עיקר צו וואס א מענטש דארף צו קומען - צו וויסן אז ער ווייסט גארנישט.


אבער צו דעם קען מען נישט צו קומען נאר אז מען ווערט מקורב צו א צדיק אמת, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "עַל כֵּן כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; דאס באקומט מען ווען מען ווערט מקרוב צום רבי'ן. אלע קשיות, ספיקות און בלבולים גייען אוועק און די אמונה שיינט און לייכט, מען לעבט מיט א אמונה ברורה ומזוככת.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", ווען מען לערנט דעם ספר פון א צדיק טרעפט מען דארט דעם פנים, שכל און פארשטאנד פונעם צדיק; אז דו וועסט לערנען דעם רבינ'ס ספרים וועסטו זוכה זיין צו וויסן אז דו ווייסט גארנישט און עס וועט לייכטן אויף דיר די ליכט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - איך האב אזא שווערע לעבן, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
התחזקות, חיזוק פאר פרויען, צרות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק אין לעבן, איך האב זיך אויסגעלערנט צו האבן אן אמת'ן קשר מיט'ן רבונו של עולם.


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, שוין חתונה געהאט פאר 27 יאר, מיין מאן איז נישט אינגאנצן געזונט, ער ליידט אויף אוטיזם, ער לעבט אין זיין וועלט און ער פארשטייט נישט און קען נישט טראכטן פון א צווייטן, און די גאנצע עול און אחריות פון די גאנצע שטוב ליגט נאר אויף מיר.


איך האב ב"ה לעצטנס חתונה געמאכט א טאכטער, און בקרוב גיי איך חתונה מאכן א זון, און דאס קאסט אפ שווערע כוחות. ווידער האב איך א בחור וואס איז געגאנגען אין א ישיבה קטנה פאר ספעציעלע בחורים, און יעצט וויל אים קיין איין ישיבה גדולה נישט ארייננעמען.


בקיצור, מיין גאנצע לעבן איז פול מיט שוועריקייטן און נסיונות, איך האב 11 קינדער מיט 12 נסיונות, און איך שפיר ווי איך גיי שוין אראפ פון זינען פון די פילע צרות און שוועריקייטן. כאטש וואס איך רעד אסאך צום אייבערשטן, שפיר איך אבער אז איך מוז אויך האבן א מענטש, א רבי, וואס זאל מיר מחזק זיין צו קענען אנגיין און זיך דערהאלטן אין לעבן. מיין מאן קומט פון א ליטווישע משפחה און ער האלט אז מ'דארף נישט האבן קיין רבי, מ'קען זיך אליין אן עצה געבן, איך שפיר אבער אז איך קען נישט אליין.


איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן חיזוק און הדרכה וואס צו טון ווייטער.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט אז איר האט צוועלף נסיונות; וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז נישט דא קיין מענטש אויף דער וועלט וואס האט נישט קיין נסיונות, יעדע מענטש פראבירט מען אויס מיט ביטערע שווערע נסיונות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): "דִּבֵּר עִמָּנוּ כַּמָּה פְּעָמִים מֵעִנְיַן יִסּוּרֵי עוֹלָם הַזֶּה, שֶׁכָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים, אֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה", עס איז נישט דא קיינער וואס זאל האבן עולם הזה, "וַאֲפִלּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים וַאֲפִלּוּ הַשָֹֹּרִים, אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", אפילו די גרויסע עשירים און גרויסע הארן האבן אויך נישט קיין עולם הזה, "כִּי כָל יְמֵיהֶם כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", זייער גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג און כעס, "וְכֻלָּם מְלֵאִים טְרָדוֹת וּדְאָגוֹת וְעַצְבוּת וְיָגוֹן וַאֲנָחָה תָּמִיד", און זיי זענען שטענדיג פארנומען און פאר'דאגה'ט, דעפרעסט און טרויעריג.


עס איז כדאי איר זאלט אריין קוקן אין די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן (שם) וועט איר זען אז נישט נאר איר האט אייערע צוועלף נסיונות, נאר יעדער איינער אויף דער וועלט האט שווערע יסורים, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְזֶה כּוֹלֵל כָּל בְּנֵי אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטֹן וְעַד גָּדוֹל, כִּי כֻלָּם נוֹלְדוּ לְעָמָל וּמְלֵאִים רֹגֶז וְיִסּוּרִין", אין דעם איז אריינגערעכנט יעדער איינער - פון גרויס ביז קליין, אלע מוטשען זיך אויף דער וועלט, "וְאֵין שׁוּם עֵצָה וְתַחְבּוּלָה לְהִנָּצֵל מֵעָמָל וְיָגוֹן הַזֶּה כִּי אִם לִבְרֹחַ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלַעֲסֹק בַּתּוֹרָה", און עס איז נישט דא קיין שום וועג ווי מען קען זיך ראטעווען פון די יסורים נאר אז מען אנטלויפט צום אייבערשטן, מען דערציילט פארן אייבערשטן וואס מען גייט אריבער און מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן.


דערפאר זאלט איר אננעמען די עצה פון רבי'ן - אנטלויפן צום אייבערשטן, זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר אים און אים דערציילן פונקטליך וואס עס גייט אויף אייך אריבער; בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך האב א שיינע משפחה פון עלף קינדער קיין עין הרע. איך דאנק דיר אייבערשטער אז מיר האבן שוין חתונה געמאכט אונזער טאכטער און מיר גייען שוין חתונה מאכן אונזער בחור. אייבערשטער איך בעט דיר! געב מיר כח איך זאל קענען ווייטער אנגיין מיט מיין ארבעט אויפצוצוען מיינע טייערע ליכטיגע קינדער, איך זאל זען נחת פון זיי און פון זייערע קינדער.


הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך דער 'נותן ליעף כח', העלף מיר איך זאל האבן כח אנצוגיין אין לעבן; עס איז מיר זייער שווער אלעס אליינס צו טון. העלף מיין טייערע מאן ער זאל זיין געזונט און שטארק, ער זאל מיר קענען העלפן מיט די שטוב ארבעט". אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדעס מאל ווען עס ווערט אייך שווער אויפן הארץ, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות; וועט איר זען די וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט מאכן פאר אייך, ווי עס וועט אייך גלייך גרינגער ווערן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט קענען אויפצוען און חתונה מאכן אלע אייערע קינדער און זען נאר נחת פון זיי.


איין זאך בעט איך אייך, ווערט נישט דערשראקן און פארלוירן ווען עס קומען צו גיין שווערע נסיונות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן ד): "סְגֻלָּה לְבַטֵּל אֶת הַפַּחַד, לִזְכֹּר אַבְרָהָם אָבִינוּ", א סגולה נישט ווערן דערשראקן און פארלוירן, אז מען זאל געדענקען פון אברהם אבינו; לכאורה, וואס העלפט געדענקען פון אברהם אבינו נישט צו ווערן דערשראקן? נאר חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ג): עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", צען נסיונות האט דער אייבערשטער געברענגט אויף אברהם אבינו און ער האט זיך דערהאלטן און נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן; מוהרא"ש זאגט נאך פון צדיקים (עיין בספר השל"ה פרשת וירא, דרך חיים תוכחת מוסר, אות מב) אז די צען ביטערע נסיונות גייט אריבער אויף יעדן איינעם, מען פראבירט אויס יעדן איינעם מיט די צען נסיונות, און וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך און גלייבט ווייטער אינעם הייליגן באשעפער; מיט דעם מעסט מען דאס גרויסקייט פון א איד, וויפיל ער דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זען נחת פון אלע אייערע קינדער, צוזאמען מיט אייער מאן זאל זיין געזונט און שטארק.

#16 - מיינע קינדער פאלן אוועק, ווייל איך באלאנג נישט צו א ספעציעלע חסידות?
חינוך הילדים, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן צום ראש ישיבה איבער מיינע פראבלעמען וואס פלאגן מיר מיט מיינע קינדער, מיין עלטסטער בחור האט פארלאזט די שטוב, און כאטש וואס איך האלט נאך אן א נאנטע קשר מיט אים, מיר האבן א שיעור אין משניות יעדן טאג אויפ'ן טעלעפאן, אבער דאס איז נאכנישט קיין גאנצע ישועה, אלע מיינע חברים וועלכע האבן אויך קינדער אין די יארגאנג טוען שוין שידוכים, און ער איז בכלל נישט אינטערעסירט אין גארנישט.


איך באלאנג נישט צו קיין ספעציעלע חסידות, נאר צו כלל חסידי. כאטש וואס איך האב יא א רבי וועמען איך פרעג שאלות, און מיינע קינדער גייען צו אים, האט ער אבער נישט קיין חסידות. און דעריבער הער איך אסאך פון מענטשן וואס טשעפען מיר אז די סיבה פארוואס איך בין נישט מצליח מיט די קינדער איז ווייל איך באלאנג נישט צו א חסידות, און די קינדער שפירן נישט אז זיי זאלן האבן א פלאץ וואו זיי באלאנגען. עס קען טאקע זיין אז זיי זענען אפשר גערעכט, וואס זאל איך אבער טון אז מיין טאטע האט מיר געשיקט צו אזעלכע ישיבות וואס דארט בלייבט מען נאר כלל חסידי?


אפשר קענט איר ארויסהעלפן און זאגן אויב דאס איז טאקע דער אמת, און אויב יא, וואס איך קען טון צו דעם?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער חבר, יעצט איז נישט קיין צייט פון זיך באשולדיגן וכו', דאס אלעס וואס מענטשן זאגן דיר איז הבל הבלים.


מען זעט אין די תורה אז אפילו פרעה, ווען ער האט געהאט זיין שלעכטע חלום האט ער אויך געוואוסט אז אלע פותרי חלומות זענען הבל הבלים און ער האט נאר אויסגעהערט יוסף. ווען יוסף הצדיק איז געקומען און אים פותר חלום געווען האט ער אים אויסגעהערט און געזאגט (בראשית מא, לח): "הֲנִמְצָא כָזֶה אִישׁ אֲשֶׁר רוּחַ אֱלֹקִים בּוֹ?" זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה, וואס האט באוואויגן פרעה אויסצוהערן נאר יוסף הצדיק? נאר ווילאנג א מענטש רעדט נישט פונעם אייבערשטער איז אלעס נארישקייטן און אפילו פרעה, דער גוי טמא, האט דאס אויך פארשטאנען. די אנדערע פותרי חלומות האבן אים געזאגט: "דו גייסט האבן זיבן טעכטער און זיי גייען שטארבן", אדער: "דו גייסט איינעמען זיבן שטעט וכו'", שטייט (שם, ח): "וְאֵין פּוֹתֵר אוֹתָם לְפַרְעֹה", זאגט רש"י: "פּוֹתְרִים הָיוּ אוֹתָם, אֲבָל לֹא לְפַרְעֹה, שֶׁלֹא הָיָה קוֹלָן נִכְנַס בְּאָזְנָיו, וְלֹא הָיָה לוֹ קוֹרַת רוּחַ בְּפִּתְרוֹנָם", זיי האבן אים פותר חלום געווען אבער עס איז נישט אריין אין פרעה'ס אויער; ווייל ווי לאנג מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן איז אלעס נארישקייטן.


ווען יוסף האט געזאגט (שם, טז): "בִּלְעָדָי, אֱלֹקִים יַעֲנֶה אֶת שְׁלוֹם פַּרְעֹה", איך ווייס גארנישט, נאר וואס דער אייבערשטער וועט מיר מאכן פארשטיין וועל איך זאגן פאר פרעה. אדער ווען פרעה האט געענדיגט פארציילן זיין חלום האט יוסף געזאגט (שם, כה): "אֵת אֲשֶׁר הָאֱלֹקִים עֹשֶׂה, הִגִּיד לְפַרְעֹה", וואס דער אייבערשטער גייט טון האט פרעה זיך גע'חלומ'ט; האט פרעה גלייך פארשטאנען אז דער מענטש רעדט צום זאך.


דערפאר בעט איך דיר ליבער טייערער חבר, הער זיך אויף צו באשולדיגן וכו', דאס וועט דיר נאר אריין ווארפן אין עצבות און אין מרה שחורה. דער אייבערשטער פירט דער וועלט און מיר ווייסן גארנישט וואס, ווען און וואו.


וואויל איז דיר אז דו האסט א רבי וועם דו פרעגסט דיינע שאלות און דיינע קינדער גייען צו אים נעמען יראת שמים און חיזוק. דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין חינוך, צו ווייזן פאר קינדער אז מען האט אן ערליכער איד מיט וועם מען איז זיך שואל עצה וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ, וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קליין פאר זיין רבי און פרעגט פון זיין רבי אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים - פרעגט ער אים נאך אלץ זיינע שאלות און ספיקות, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן זיין גרעסער פון זיין רבי אין תורה.


די אלע וואס גיין צו רבי'ס בשעת זיי אליינס לאכן פון דעם אין שטוב, דאס איז דער גרעסטער הירוס אין חינוך. ווייל מען איז מחנך קינדער אז אלעס איז שקר רחמנא לצלן.


מענטשן מאכן חרוב מיט זייערע אייגענע הענט זייערע קינדער מיט דעם פארקרומטן שיטה אז מען דארף באלאנגען ערגעץ אפילו עס איז שקר; דאס איז אנקעגן די תורה און אנקעגן די שכל, ווייל די קינדער זיצן שבת ביים טיש און הערן כל מיני ליצנות וכו' און נאכדעם הייסט אים זיין טאטע גיין צו דעם רבי'ן, זעט דער קינד אז אלעס איז בלאף השם ישמרינו.


אויב דו ווילסט נחת פון דיינע קינדער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם; מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער? האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט ביי תיקון חצות האב איך אנגעפילט א גלאז מיט טרערן, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, אזוי האב איך זוכה געווען צו דעם".


דאס זעלבע דערציילט מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען ביי איינער פון אנשי שלומינו; ער האט געהאט צען קינדער וואס אלע זענען געווען ערליכע אידן און בעלי מידות טובות וכו'. ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האט איר זוכה געווען צו דעם?" האט ער געזאגט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפ געריסן פון בוים? איך האב יעדע נאכט געוויינט צום אייבערשטן, איך האב אנגעפילט מיין קאפל מיט מיינע טרערן און איך האב זיך אפגעוואשן מיין פנים מיט די טרערן".


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; זע אז עס זאל הערשן א פאזעטיווער לופט ביי ענק אין שטוב. ווען דו שפירסט אז דו דארפסט וויינען זאלסטו טון וואס יוסף האט געטון (בראשית מג, ל): "וַיְבַקֵּשׁ לִבְכּוֹת, וַיָּבֹא הַחַדְרָה, וַיֵּבְךְּ שָׁמָּה", ווען יוסף האט געשפירט ווי ער דארף וויינען, איז ער ארויס אין א זייטיגע צימער און דארט האט ער געוויינט; איך בעט דיר, זיי שטארק מיט אלע דיינע כוחות און זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין שטוב.


חוץ פון דיין שיעור וואס דו לערנסט מיט דיין זון זאלסטו זען צו שמועסן מיט אים סתם זאכן; נייעס וכדומה לזה. די קשר צווישן דיר און אים דאס איז נאך מער וויכטיגער פון אלעמען.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און ביי דיינע אייניקלעך בקרוב, אמן.

#15 - ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין נאכ'ן פארלירן א קינד ל"ע?
קינדער, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד מו"ר הגאון הראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, איך האב שוין חתונה געהאט פאר 6 יאר, און איך האב ב"ה 2 קינדער בלי עין הרע כן ירבו.


איין יאר ל"ג בעומר אין מירון האב איך באקומען א סידי מיט אייערע הייליגע ניגונים, און אזוי בין איך אנגעקומען אויך צו הערן אייערע שיעורים, און דאס האט מיר ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן, די ווערטער זענען מיר מחזק ממש כמים קרים על נפש עייפה. נאך אסאך נסיונות און שוועריקייטן וואס איך בין דורכגעגאנגען, און איך גיי נאכאלץ דורך, איז נישטא נאך א זאך וואס איז מיר אזוי מחזק ווי די הייליגע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


לעצטנס בין איך דורכגעגאנגען נאך א שוועריקייטן רחמנא ליצלן. מיט מיין צווייטע אינגל איז אויך געבוירן געווארן א צווילינג מיידל, זי האט געהאט קאמפליקאציעס גלייך ביים געבוירן ווערן, איך האב געגעבן א גרויסע קידוש אום שבת און איר געגעבן א נאמען, אבער שבת נאכמיטאג איז זי ליידער אוועק ל"ע, זעקס שעה נאכ'ן געבן דעם נאמען, און דריי און האלב טעג נאכ'ן געבוירן ווערן.


ס'איז מיר געווען גאר שווער צו הערן די ביטערע בשורה מוצאי שבת, מיר פרובירן זיך מחזק זיין און זיך דערהאלטן, אבער ס'קומט נישט אן גרינג, אפשר קענט איר מיר אביסל מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן די שרעקליכע בשורה; המקום ינחם אתכם, דער אייבערשטער זאל ענק טרייסטן, אייך מיט אייער ווייב תחי', איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.


דער אר"י הקדוש זאגט אז דער שם הוי"ה בהכאה באטרעפט מקו"ם. דאס הייסט: י' פעם י', ה' פעם ה', ו' פעם ו', ה' פעם ה', באטרעפט מקו"ם; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר אזוי: "הוי"ה בהכאה", דאס הייסט, ווען א מענטש כאפט קלעפ, דארף ער וויסן אז אלע קלעפ קומט פונעם אייבערשטן. אויב מען ווייסט אז הוי"ה -  דער אייבערשטער, בהכאה - ער שלאגט מיר, דעמאלט איז "עולה מקום" בלייב איך שטיין אויף מיין פלאץ, איך גיי נישט אוועק פון די אמונה, ווייל עס וועט גארנישט ניצן.


דערפאר - זאגט מוהרא"ש - ניצט מען דעם לשון 'המקו"ם ינחם אתכם' ווען מען איז מנחם אבל, ווייל מען זאגט פארן מענטש: "געדענק, "המקו"ם" ינחם אתכם, אלע קלעפ וואס גייט אריבער קומט פונעם אייבערשטן".


מיר ווייסן גארנישט, מיר דארפן נאר איין זאך חזר'ן - די הייליגע אמונה; מיר דארפן חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", עס איז נישט דא וואס צו זאגן עס איז נישט דא וואס צו פארשטיין, א איד ווייסט אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט בצדק ובמשפט בחסד וברחמים. ווען א מענטש האט אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער און קיינער קען אים גארנישט טון - נישט קיין גוטס און זיכער נישט קיין שלעכטס, דעמאלט איז דער מענטש גליקליך און פרייליך.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד): ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז פאר זיין טובה וועגן, דער מענטש לעבט שוין אין גן עדן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים נ.): "'בַּיּוֹם הַהוּא יִהְיֶה ה' אֶחָד וּשְׁמוֹ אֶחָד', פרעגן חז"ל, יעצט איז נישט ה' אחד ושמו אחד?! נאר יעצט ווען עס גייט גוט פאר א מענטש, זאגט ער הטוב והמטיב און חס ושלום ווען עס גייט נישט גוט פאר א מענטש זאגט ער דיין האמת, אבער לעתיד לבא וועט מען אויף אלעס זאגן הטוב והמיטב"; דערפאר, ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים איז דער אייבערשטער, דעמאלט לעבט ער אין עולם הבא.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיך און שטארק דיין ווייב תחי'; אפילו עס איז דיר ביטער וכו' וכו' האב נישט קיין קשיות אויף דאס וואס דו גייסט אריבער. געדענק אז (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו, וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און (שם, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם; איי איך זע עס נישט, איי איך פארשטיי עס נישט - דארף איך האבן אמונה אז אלעס איז לטובה און דאס אז איך זע עס נישט און פארשטיי עס נישט - דאס איז אויך פאר מיין טובה.


זיי זיך מחזק מיט דיין יונגעלע, און זע צו מחזק צו זיין דיין ווייב ווייל זי דארף נאך מער חיזוק פון דיר.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער.

#14 - איך קען נישט מער, זאל איך אנטלויפן?
אומאן, שלום בית, תהלים, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צרות, פרנסה, נסיונות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיל ווי איך קען נישט מער, איך וויל ארויסטשעקן, איך גיי וואוינען אליין.


איך האב זייער ליב מיין ווייב, אבער איך האב נישט קיין געלט צו צאלן די גראסערי, מיין אינגל גייט באקומען פיאות, איך דארף קויפן ציצית און קאפל, און איך האב נישט קיין פרוטה.


אפשר זאל איך וואוינען אליין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, נישטא וואו צו אנטלויפן, אין איין פלאץ קענסטו אנטלויפן: "אנטלויף צום אייבערשטן"; גיי אין א ווינקל און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים פאר פרנסה: "רבונו של עולם העלף מיר, איך דארף פרנסה, איך האב נישט קיין געלט צו קויפן עסן פאר מיין ווייב און קינדער", נאר דאס וועט דיר העלפן.


הער א מעשה וואס האט פאסירט ביי רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, אמאל איז געווען ביי אים די מצב אזוי ווי ביי דיר, זייער ענג, ער האט נישט געהאט צו געבן פאר די קינדער קיין עסן, האט ער געטראכט ער וועט פארן קיין אדעסא וואו עס וואוינט זיין פעטער א גרויסער גביר, דער פעטער וועט אים זיכער ארויסהעלפן.


ער האט נישט געהאט קיין געלט צו דינגען א פערד און וואגן קיין אדעסא, האט ער זיך ארויסגעלאזט צופיס, ווען ער איז אנגעקומען קיין אדעסא, קלאפט ער אריין צו זיין פעטער, קומט איינער צום טיר און פרעגט: "ווער איז דארט?" ענטפערט ער: "נחמן פון טולטשין!" ער קומט אריין, דער פעטער געבט אים א קאלטע שלום עליכם, און זאגט אים: "אנטשולדיגט, איך קען נישט רעדן יעצט", און ער מאכט צו די טיר.


רבי נחמן טולטשינער האט שיער גע'חלש'ט, ער איז געווארן זייער צעבראכן, אויפן וועג אהיים האט ער זיך זייער צואוויינט צום אייבערשטן און ער האט געזאגט: "רבונו של עולם, איך שעם זיך פון דיר פארוואס איך האב זיך פארלאזט אויף מיין רייכער פעטער פון אדעסא און נישט אויף דיר, זיי מיר מוחל אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל אייביג געדענקען אז נאר דו קענסט מיר העלפן, און איך זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם".


שפעטער האט ער דערציילט פאר זיין רבי, רבי נתן - די מעשה, זאגט אים רבי נתן: "אז מען האט א צרה פארט מען קיין אדעסא?! אז מען האט א צרה פארט מען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון און מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן".


לויף נישט אוועק פון דיין ווייב און קינדער, אוועק לויפן וועט דיר נישט העלפן, דוד המלך זינגט אין תהלים (תהילים קלט, ו-יב): "פְּלִיאָה דַעַת מִמֶּנִּי נִשְׂגְּבָה לֹא אוּכַל לָהּ, אָנָה אֵלֵךְ מֵרוּחֶךָ, וְאָנָה מִפָּנֶיךָ אֶבְרָח", עס איז מיר א וואונדער ווי א מענטש קען טראכטן ביי זיך אז ער קען אנטלויפן פונעם אייבערשטן, "אִם אֶסַּק שָׁמַיִם שָׁם אָתָּה", ווייל אז איך וועל ארויפגיין אין הימל - ביסטו דארט רבונו של עולם, "וְאַצִּיעָה שְּׁאוֹל הִנֶּךָּ", אז איך וועל זיך באהאלטן אין תהום - ביסטו ווייטער דארט רבונו של עולם, "אֶשָּׂא כַנְפֵי שָׁחַר אֶשְׁכְּנָה בְּאַחֲרִית יָם, גַּם שָׁם יָדְךָ תַנְחֵנִי וְתֹאחֲזֵנִי יְמִינֶךָ", איך וועל אנטלויפן צו א ווייטע לאנד אריבער דעם גרויסן ים - דארט ביסטו אויך רבונו של עולם, "וָאֹמַר אַךְ חֹשֶׁךְ יְשׁוּפֵנִי וְלַיְלָה אוֹר בַּעֲדֵנִי, גַּם חֹשֶׁךְ לֹא יַחְשִׁיךְ מִמֶּךָ, וְלַיְלָה כַּיּוֹם יָאִיר כַּחֲשֵׁיכָה כָּאוֹרָה", איך וועל מיר באהאלטן אין די פינסטערניש - דארט ביסטו אויך רבנו של עולם, ביי דיר איז נישט קיין חילוק צי עס איז טונקל צו ליכטיג; איז ווי קען מען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן?!


נעם א תהלים און זינג צום אייבערשטן, דאנק אים פאר אלעס גוטס וואס ער טוט מיט דיר און אויך בעט אים פאר א נס, פאר פרנסה; וועסטו זען אז גרויסע ניסים וועט געשען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#13 - ווי אזוי העלף איך מיין שוועסטער וואס האט זיך צעטיילט?
התחזקות, שלום בית, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, אידישע שטוב, הפצה, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א נישט גוטע בשורה צו דערציילן, מיין שוועסטער וואס האט שוין חתונה פאר אסאך יארן, איז אוועקגעלאפן פון איר מאן, נאכדעם וואס ער האט איר שטארק געטשעפעט. מיינע עלטערן ווייסן נישט וואס צו טון, זי האט איבערגעלאזט די קינדער און זי וויל מער נישט צוריק גיין.


זייער א טרויעריגע מעשה, עס צערייסט די הארץ, מיינע עלטערן האלטן עס נישט אויס; איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון זיי צו העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מחזק דיין שוועסטער, רעד מיט איר דיבורי אמונה, דערצייל איר מעשיות פון תפילה וואס האט מיט דיר פאסירט, ווי דו האסט געבעטן דעם אייבערשטן אויף געוויסע זאכן און דו האסט עס באקומען; דאס וועט איר געבן חיזוק.


אויך זאלסטו רעדן מיט איר וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה", עס איז נישטא קיינער וואס זאל האבן עולם הזה, "וַאֲפִלּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים, אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", אפילו די גרויסע עשירים האבן נישט קיין עולם הזה, "כִּי כָל יְמֵיהֶם כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", זייער גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג און כעס, "וְכֻלָּם מְלֵאִים טְרָדוֹת וּדְאָגוֹת וְעַצְבוּת וְיָגוֹן וַאֲנָחָה תָּמִיד", יעדער איינער איז אנגעפילט מיט פראבלעמען, יעדער קרעכצט; נאר איין וועג איז דא, ארייננעמען דעם אייבערשטן אין די לעבן, און אז דער מאן שרייט - איז דאס זיין אייגענע פראבלעם, דאס האט נישט מיט די ווייב, און אז ער וויל נישט העלפן - איז דאס זיין פראבלעם, און ווער עס העלפט יא אין שטוב - טוט נאר פאר זיך א טובה; אזוי אז מען איז נישט אנגעהאנגען אין קיינעם, מען איז נאר אנגעהאנגען אויפן אייבערשטן - דער לעבט א חיים טובים.


מיט די הקדמות פון רבי'ן איז דאס לעבן א זיסקייט, א געשמאקקייט, אז מען האט די הקדמות אין לעבן צעווארפט מען נישט א שטוב, ווייל מען ליידט נישט, מען ווייסט 'דער אייבערשטער פירט אלעס, טוט אלעס און מאכט אלעס', מען ווייסט אז אלעס איז נאר א שפיל; עס זעט אויס ווי עס איז דא מענטשן, עס זעט אויס ווי מיין מאן טשעפעט אדער מיין ווייב דערנידערט מיר וכו', אבער עס איז נישט דער און נישט יענער, עס איז אלעס דער אייבערשטער אליין.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס), ווער עס האט טועם געווען פון אים, ווער עס האט געהערט זיינע עצות - איז דאס אזוי ווי איינער האט טועם געווען פון די אונגארישע וויין, דעם קען מען שוין נישט אפנארן; אז דו וועסט געבן פאר דיין שוועסטער אביסל טועם זיין פון די אונגארישע וויין, "ו'יין י'שמח ל'בב א'נוש" (תהלים קד, טו) - וועט זיי ווערן אזוי פרייליך, זי וועט צוריק גיין צו אירע קינדער און נישט צעווארפן איר שטוב.


גיי וואס מער הפצה, נאר דאס קענסטו טון. עס גייט אריבער אזעלכע צרות, מענטשן גייען אראפ פון זין פון גרויס צער און ווייטאג, יעדער איינער מיט זיינע איבערגייאכטס, און מיט די עצות פון רבי'ן וואלט מען געקענט איינשפאָרן אזויפיל, ווייל די ביטערע נייעס דארף דיר געבן חיזוק אויף גיין הפצה; נישט באקומען קיין חלישות הדעת, נישט קוקן אויף קיינעם, נאר וואס מער אויסשפרייטן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - ווען איך ווער געהאלפן מיט איין זאך, וועט גלייך אנקומען נאך א צרה?
תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, תודה והודאה, חכמות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געשמועסט מיט א חבר פון היכל הקודש, און ער זאגט מיר אז די גאנצע סיבה פארוואס א מענטש האט פראבלעמען איז נאר ווייל דער אייבערשטער וויל מען זאל רעדן צו אים, און אין די מינוט וואס עס גייט אוועק גיין די פראבלעם וואס מאכט מיך יעצט רעדן צום אייבערשטן, וועט גלייך קומען א צווייטע זאך וואס וועט מיך מאכן רעדן צו אים.


איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס ארבעט. אויב איז דאס טאקע אזוי, וואס איז דעמאלט די גאנצע פשט פון בעטן דעם אייבערשטן אויף זאכן וואס שטערן מיך, אויב עס גייט סיי ווי קומען פרישע פראבלעמען? עס איז שוין גריגער אפשר אז מען בעט נישט און עס בלייבט אזוי ווי עס איז? סתם בעטן עס זאל אוועקגיין, אז עס זאל קומען נאכדעם אן אנדערע פראבלעם?!


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט פאר מיר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן נאר איין זאך, דער אייבערשטער פירט דער וועלט, ער טוט אלעס און מאכט אלעס און אלעס וואס ער טוט איז נאר פאר אונזער טובה, און אז מיר פארשטייען נישט פארוואס מען דארף אריבערגיין וואס מען גייט אריבער - איז דאס אויך פאר אונזער טובה.


נעם אריין אמונה אין זיך - וועט דיר אלעס זיין גרינגער. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה", ווער עס האט אמונה, "חַיָּיו חַיִּים", דער לעבט א לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", אלעס גייט גרינגער און עס איז אים שטענדיג גוט, "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל, "בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ", און אפילו ווען עס איז נישט אזוי, "דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר", ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, "וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם", און ער ליידט יסורין חס ושלום, "גַּם כֵּן טוֹב", איז אים אויך גוט,"כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן. ווייל אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס - איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר, "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה - דער האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים איבער עפעס שלעכטס - האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה - האט א שיינע זיסע לעבן.


לאז זיך אפ פון די אלע שטותים וואס זעען אויס ווי חכמות, דו בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס טוט דיר וויי און אין די זעלבע צייט זאלסטו אים דאנקען, און עס אזוי נאריש צו זאגן אויב די זאך וואס דו בעטסט וועט אוועק גיין וועט קומען אן אנדערע צרה; דו בעט דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות וואס דו דארפסט און אויך דאנק אים פאר אלע גוטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - וואס וויל דער אייבערשטער פון מיר?
תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, קשיות, תשובה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב מער נישט קיין כח, איך האלט עס מער נישט אויס, האט דער אייבערשטער מיר באשאפן נאר מיך צו קענען פייניגן?! האט דער אייבערשטער מיר באשאפן נאר אז מענטשן זאלן קענען ווייזן מיט די פינגער אויף מיר און דאנקען דעם אייבערשטן אז זיי האבן נישט אזא לעבן אזוי ווי מיר?!


איך שפיר ווי דער אייבערשטער מאכט חוזק פון מיר, ער לאכט פון מיר, ווי לאנג נאך וועט ער מיך פארשעמען? איך קען עס מער נישט נעמען.


וואסערע הנאה האט דער אייבערשטער פון מיך אראפווארפן און שטויסן איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל? פארוואס קען ער נישט פירן שיין צו מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א איד רעדט נישט אזוי, ווי מעג מען זאגן אזוי?


דער אייבערשטער איז א רחום וחנון, דער אייבערשטער איז גוט און טוט נאר גוט, און אז עס גייט אריבער שווערע טעג און שווערע זאכן - דארף מען פארמאכן די מויל און חס ושלום נישט רעדן קעגן די אמונה.


וואס ווייסן מיר דעם אייבערשטנ'ס דרכים? וואס קענען מיר פארשטיין? מיר זענען קליינע מענטשעלעך, מיר ווייסן נישט און מיר קענען נישט וויסן וואס דער אייבערשטער טוט, פארוואס אהער פארוואס אהין; מיר גלייבן אין אייבערשטן און מיר ווייסן אז אלעס וואס ער טוט - איז נאר פאר אונזער גוטס.


איך בעט אייך זייער, טוט תשובה, בעטס איבער דעם אייבערשטן; זאגט אים: "איך גיי שוין מער נישט אזוי רעדן", און בעט אים איר זאלט זוכה זיין צו האבן א שטארקע אמונה אין אים.


נעמט דעם הייליגן רבינ'ס עצה פון תפילה והתבודדות, דאס וועט אייך מאכן א שטארקע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון די צוגעבינדענקייט צו מאוויס?
קדושה, תפילה והתבודדות, צרות, מאוויס, תשובה, שמירת עינים, סמארטפאון, סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך דאנקען דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר חיזוק אנצוגיין אין לעבן, ווען נישט דעם וואלט מיין לעבן געווען פיל שווערער.


איך בין זיך מתבודד כמעט יעדן טאג, און איך האב א שטארקע רצון צו זיין אן ערליכער איד, איך געפין זיך ברוך ה' אין אן ערליכע משפחה, אבער אין מיין הויז מעג מען האבן סמארטפאונס, און ליידער קוק איך אויף דעם גאר שלעכטע זאכן, ספעציעל אין די בין הזמנים טעג ווען איך בין מער אינדערהיים קוק איך גאר אסאך שלעכטע זאכן דארט, און איך קען נישט אויפהערן מיט דעם, איך בין ממש צוגעבינדען צו דעם. יעדעס מאל איך בין זיך מתבודד לאז איך עס אפ פאר עטליכע מינוט, אבער גלייך נאכדעם פאל איך שוין נאכאמאל צוריק צו דעם.


איך ווייס און איך גלייב אז דער אייבערשטער איז דא, ער זעט יעדע זאך וואס איך טו, איך שעם זיך פון מיך אליין, אבער איך זיך ממש נישט שטארקן אויף די נסיונות, איך ווייס פשוט נישט וואס צו טון.


נעכטן האב איך געקוקט א מאווי, זייער שלעכטע זאכן, אלע דריי הארבסטע עבירות ליגן דערין, און איך האב זיך געשפירט זייער שלעכט. איך האב גערעדט מיט א חבר וואס קען אביסל קבלה ספרים און ער האט מיר געזאגט אז מען קען טאקע תשובה טון אבער עס איז זייער שווער, ווייל פון די עבירות ווערן באשאפן קליפות און שדים און עס איז דא א כף הקלע, און עס איז נישט אזוי גרינג תשובה צו טון, עס איז מיר געווארן שווארץ פאר די אויגן.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך קען זיך נישט אזוי גוט ארויסברענגען ווייל איך בין זייער צעמישט, איך ווייס נאר איין זאך אז איך דארף וויכטיג א גרויסע ישועה זיך ארויסצוזען פון די אלע שלעכטע זאכן אין וואס איך ליג. וואס טו איך? אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיך העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק נישט קיין מאוויס, הרג'ע נישט דיין לעבן. מאוויס איז זייער שעדליך, מען קען נישט האבן א גוטע לעבן אז מען קוקט מאוויס, מען באשאפט קליפות, שדים און מזיקים וואס שעדיגן דעם מענטש.


עס לוינט נישט צו קוקן מאוויס, מען פארלירט אלעס, מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט. מען ליידט שפעטער פון די קינדער, און אז מען איז פוגם בברית ליידט מען פון מענטשן. אזוי האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אונז אנטפלעקט, ווער עס איז פוגם במחשבה ליידט פון די קינדער, ווער עס איז פוגם בדיבור ליידט פון די ווייב און ווער עס איז פוגם במעשה ליידט פון מענטשן; פרעגט איך דיר, לוינט זיך די פאר מינוט תענוג צו ליידן א גאנץ לעבן פון די קינדער? לוינט זיך צו קוקן די נארישע אויסגעטראכטע מאוויס און ליידן צרות די גאנץ לעבן?!


מאך זיך א שיעור אין לערנען משניות, משניות צעברעכט תאוות ניאוף. אז דו וועסט זאגן משניות טאג נאך טאג, דו וועסט דאס טון מיט אן עקשנות - וועסטו ארויסגיין פון דיין פלאנטער, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.


זאג משניות כסדרן דוקא, זאג א פרק נאך א פרק, דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו ווייטער זאגן מיט עקשנות. דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען א וועג צו לערנען, עיין שיחות הר"ן (סימן עו) וואו דער רבי זאגט: "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד", מען דארף נישט ביים לערנען, "רַק הָאֲמִירָה לְבַד", נאר זאגן די ווערטער, "לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", זאגן די ווערטער אין א רייע, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין. "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף" און אויב מען וועט נישט פארשטיין - "יָבִין אַחַר כָּךְ", וועט מען שפעטער, מיט די צייט - פארשטיין, עיין שם.


האב רחמנות אויף דיר און אויף דיין נשמה, קוק נישט מער קיין מאוויס; דאס איז אמת'דיג תשובה טון. אז מען לאזט אפ וואס מען האט געטון ביז אהער און מען האט חרטה - איז דער אייבערשטער מוחל, און אז עס וועט דיר אנהויבן ברענען צוריק די תאווה פון קוקן - זאלסטו גיין שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט נישט קוקן. נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות ותפילה; גיי שריי צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, בעט אים ער זאל דיר העלפן זאלסט זיך קענען היטן דיינע אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#9 - אז דער אייבערשטער דארף נישט די ערשטע מצוה, דארף ער דען מיין תפלין?
שידוכים, התחזקות, תפילה והתבודדות, צרות, קשיות, תשובה, בחור, תפלין, לצנות, מקובלים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואו איז דער באשעפער? חיזוק ארבעט שוין נישט פאר מיר, עס האט נאר געארבעט ביז די 28 יאר, יעצט ווען ווער איך שוין באלד 30 יאר ארבעט מער נישט קיין חיזוק.


איך מיין עס איז דערנאך, איך זוך אפשר א חלקה אין די ברסלב'ע בית החיים, די "עכטע בית החיים״, אפשר דארטן איז דא מער חיזוק פאר מיר.


איך בין אזוי אליין, איך ווייס נישט צי עס איז דא נאך איינער וואס איז אזוי אליין ווי מיר, ממש גארנישט ווייניגער ווי אין א שטרענגע פארמאכטע תפיסה. איך וויל מזכה זיין די ראש ישיבה מיט די מצוה פון פדיון שבוים, אויב עס איז בכלל שייך.


איך האב מורא אז צוליב מיין פארמאכטקייט און דאס נישט האלטן פון זיך ווייל איך האב קיינמאל געהאט נישט קיין נארמאלע טאטע און מאמע, בין איך בכלל נישט געווען גרייט חתונה צו האבן. אבער איז עס דען מיין שולד? איך האב נישט געהאט קיינמאל א בחירה בכלל צו קענען לעבן ווי א נארמאלער מענטש און אן ערליכע איד, יעצט קען איך נישט חתונה האבן איז ״למה לי חיים״, כל שכן אז מיין חיים איז נישט חיים, פארוואס דארף איך דאס?


געוויסע מקובלים זאגן מיר אז עס איז נישט מיין שולד, עס איז מיין מאמע וואס האט מיר חרוב געמאכט מיין לעבן, מיר האבן געהאט זייער אן אנגעצויגענע שטוב, זיי האבן נישט קיין עצה פאר מיר, נאר זיי זאגן דעם אמת אין פנים אריין. איך מיין נאר צו ברענגען א ראי', אויב איך בין זיך נישט גענוג מסביר, אז זיי זעען די מציאות.


איך געב אוועק מיין תפילין, איך האב שוין נישט כח צו דעם. אז דער אייבערשטער לאזט מיר נישט מקיים צו זיין די ערשטע מצוה אין די תורה, מיין איך אז ער דארף אויך נישט די מצוה פון תפילין פון מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליינענדיג דיינע ווערטער דערמאן איך זיך די ווערטער וואס מוהרא"ש זאגט: "אין צער כצערו של בחור", נישטא אויף די וועלט אזא ווייטאג ווי די ווייטאג פון א בחור; קיינער אין די וועלט ווייסט נישט וואס א בחור גייט אריבער. די לעבן איז אים נישט ווערד, עס פעלט אים אלע גוטע זאכן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס אן א ווייב - "שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה", דער לעבט אן קיין שמחה, "בְּלֹא בְּרָכָה", דער לעבט אן קיין ברכות, "בְּלֹא טוֹבָה", דער ווייסט נישט וואס מיינט גוט, "בְּלֹא תּוֹרָה", מען האט נישט קיין תורה, "בְּלֹא חוֹמָה", מען לעבט אן קיין מויער, "בְּלֹא שָׁלוֹם", אן קיין פרידן; די אלע זאכן האט מען נישט פאר די חתונה. דער מדרש (בראשית רבה יז, ב) לייגט צו נאך זאכן וואס פעלט פאר'ן חתונה האבן: "בְּלֹא עֵזֶר", מען האט נישט קיין העלפער, "בְּלֹא כַּפָּרָה", מען האט נישט קיין פארצייער, "בְּלֹא חַיִּים", עס איז נישט קיין לעבן.


קיינער אין די וועלט פארשטייט נישט וואס א בחור גייט אריבער, ווי שווער עס איז אים; אבער דאס מיינט נישט אז מען מעג אריינפאלן אין יאוש, נישטא אזא זאך 'חיזוק העלפט שוין נישט', עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט: "חיזוק ארבעט שוין נישט פאר מיר"; צי דען האסטו פארגעסן וואס דער רבי האט געשריגן מיט זיין גאנצע כח (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "געוואלד זייט אייך נישט מייאש! קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען!" אז דער רבי האט געזאגט נישטא קיין יאוש - מיינט דאס אלעמען, דער רבי האט דאס דיר אויך געזאגט, דער רבי האט דיר אויך געמיינט.


רעד זיך נישט איין אז אין קבר וועט דיר זיין בעסער; די צער און ווייטאג אין קבר איז אזוי שרעקליך, ווי שווער עס איז דיר יעצט - איז דאס נאר א משל צו די צער וואס איז דא אין קבר. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פד) אויף די משנה (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ", דער יצר הרע זאל דיר נישט אפנארן, "שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", אז דער קבר איז א פלאץ וואו מען קען זיך ראטעווען; דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען, עס קען זיין מען זאל כאפן א ביס פון א ווארעם אדער א פליג און מען זאל נישט שפירן דעם ביס, ווייל מען איז אזוי אריינגעטון אין אנדערע זאכן, אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טרדות און מחשבות וואס זאלן אוועקנעמען די קאפ פון הערן ווי די ווערים קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע איינציגסטע ריר וואס די ווערים קריכן און בייסן; מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע ביס פון די ווערים און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.


וואס איז יא די עצה? די עצה איז - זאלסט זוכן א ליידיגע פלאץ וואו מענטשן געפונען זיך נישט, דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים דערציילן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר - אויף דיין אייגענע שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן; זאלסט אים בעטן ברחמים ובתחנונים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט טרעפן דיין שידוך, זאלסט נישט מיד ווערן; זאלסט דאס טון טאג נאך טאג מיט סבלנות, אפילו עס וועט אריבערגיין אויף דיר שווערע ביטערע נסיונות, אפילו דער יצר הרע ברענט אין דיר און דו פאלסט אראפ, זאלסטו מיט עקשנות ווייטער בעטן דעם אייבערשטן און אים אלעס דערציילן בתמימות ופשיטות. דער קבר איז נישט קיין האפענונג, דער רבי איז אן האפענונג, די עצה פון רבי'ן, פון התבודדות ותפילה - דאס איז א בית מנוס, א פלאץ וואו מען קען אנטלויפן.


על כן מיין ליבער ברודער, נעם אן מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר, גיי שוין יעצט אין א ליידיגע פלאץ און שמועס זיך אויס דאס הארץ. וויין צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, פון טענה'ן מיט'ן אייבערשטן. קוק ווערטער וואס דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בלק, קצה.) ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר - וויל איך נישט בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן, "אַנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", נישטא קיין גרעסערע פארגענוגן ביים אייבערשטן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענער מענטש וואס וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, דער אייבערשטער ענטפערט פאר א צעבראכענע הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


דו ביסט אין כעס אויף דיינע עלטערן, דו ביסט ברוגז אויף זיי; איך ווייס נישט אויב זיין ברוגז אויף זיי וועט דיר עפעס העלפן אין לעבן. געדענקסט אוודאי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יא), מיט'ן בן מלך וואס מען האט פארביטן און פארטריבן; איז ער געווארן זייער ברוגז, 'היתכן ער דארף אנטלויפן, ער קען נישט זיין אין שטוב', ער האט גע'טענה'ט: "ממה נפשך קומט מיר נישט אזא שווערע לעבן; בין איך דער בן מלך - קומט מיר צו זיין קעניג, בין איך א בן השפחה - קומט מיר אויך נישט צו זיין א פארטריבענער"; איז ער געגאנגען שיכור'ן און געגאנגען אין שמוץ פלעצער טון עבירות, נאכדעם האט ער תשובה געטון; ער האט געטראכט 'אויב עס איז יא אזוי, אז דער אייבערשטער קען פארבייטן א בן מלך - מעג איך זיך אזוי אויפפירן, שיכור'ן און טון עבירות?! אז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן אזא שווערע לעבן - איז דאס נישט קיין תירוץ איך זאל טון עבירות'; ער האט תשובה געטון און ער איז צוגעקומען צו ווערן מלך. זעט מען פון דעם אז אויב מען איז מקבל אלעס באהבה, מען נעמט אן וואס דער אייבערשטער טוט; אנשטאט האבן טענות אויף די עלטערן, אנשטאט האבן טענות אויף די גאנצע וועלט, איז מען אלעס מקבל באהבה - דעמאלט איז מען זוכה צוצוקומען צו די העכסטע מדריגה.


לאז אפ די אלע וואס פאררופן זיך מקובלים; מוהרא"ש זאגט: ווער איז א בעל מקובל? ווי אזוי קען מען וויסן ווער עס איז א מקובל? ווער זאגט אז יענער איז א צדיק, אפשר איז ער א בלאפער? מוהרא"ש לייגט דאס אריין אין די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:) מען האט געפרעגט רבי חנינא בן דוסא: "מִנַּיִן אַתָּה יוֹדֵעַ", פון ווי קען מען וויסן אויף איינעם אויב ער איז אן אמת'ער בעל מקובל אדער נישט? "אָמַר לָהֶם, אִם שְׁגוּרָה תְּפִלָּתִי בְּפִי", האט ער זיי געענטפערט: אויב לייגט ער אריין אין מיר תפילה, ער רעדט פון תפילה און שטארקט מיר צו מתפלל זיין, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְקֻבָּל", דעמאלט ווייס איך אז ער איז א מקובל, "וְאִם לָאו", אבער אויב רעדט ער נישט פון תפילה, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְטֹרָף", ווייס איך אז ער איז א צעדרייטער, א משוגע'נער, ער איז ווייט פון זיין א מקובל; אז מקובלים זאגן דיר: "דיין טאטע איז דיר שולדיג, דיין מאמע איז דיר שולדיג!" פאר דעם דארף מען נישט זיין א מקובל, ווארפן א שולד אויף עלטערן - דאס וועט דיר יעדע טערעפיסט זאגן מיט פארמאכטע אויגן; זיי זיכער אז דער וואס פאררופט זיך 'מקובל' האט אויך טענות אויף זיינע עלטערן. דעריבער בעט איך דיר, לאז אפ די אלע וואס גיסן אויל צו די פייער, מען העצט דיר אויף, דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג; דאס העלפט גארנישט, עס מאכט נאר ערגער.


טו וואס דער בן מלך האט געטון, זאג די ווערטער וואס ער האט געזאגט: אויב דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די עלטערן - איז דאס נישט קיין תירוץ איך זאל זיין דערביטערט און דעפרעסט, איך וועל תשובה טון, איך וועל אנטון תפילין און טון אלע מצוות בשמחה.


ווארף נישט אוועק דיינע הייליגע תפילין; נעם די הייליגע תפילין, גיי אין שול און געב א קוש די הייליגע תפילין, בעט איבער דעם אייבערשטן פאר'ן שרייבן אזעלכע ווערטער, אפילו בדרך ליצנות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "כִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בָּרוּךְ הוּא, אָסוּר לוֹמַר דִּבְרֵי הֲלָצוֹת אֲפִלּוּ בְּדֶרֶךְ שְׂחוֹק", אויפ'ן אייבערשטן טאר מען נישט זאגן קיין ווערטלעך, און אויף די הייליגע תפילין טאר מען נישט זאגן קיין ווערטלעך.


אז דו וועסט טון וואס שטייט אין דעם בריוו - וועסטו זען אז דו וועסט בקרוב שטיין אונטער די חופה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר?
חובות, ישועות, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, צרות, קשיות, פרנסה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם די קוראזש צו שרייבן דעם פאלגנדן בריוו, כאטש וואס איז אפשר נישט שיין און נישט אויסגעהאלטן צו זאגן וואס איך טראכט, אבער דאס איז דאך געווען די גאנצע סיבה פארוואס איך בין אנגעקומען צום ראש ישיבה שליט"א, פארוואס איך האב גענומען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר מיין מורה דרך, אז איך זאל קענען רעדן און דערציילן אפנהארציג וואס עס טוט מיר באמת וויי, וואס עס שטערט מיר אין לעבן, און אזוי וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. דאס איז וואס האט מיר געפעלט, און פעלט מיר נאכאלץ, איך האב נישט געהאט א טאטע אדער רב מיט וועמען איך זאל זיך קענען אפן דורכרעדן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ און יענער זאל מיר קענען העלפן, נישט אלעס פארדעקן און זיך מאכן אזוי ווי אלעס איז גוט און פיין.


און יעצט צום ענין; די חובות, ארעמקייט, נישט האבן גענוג געלט און פרנסה, פירט מיר ממש אראפ פון זינען.


איך זע נישט אז דאס דאווענען מיט מנין אין בית המדרש זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז שחרית מנחה מעריב זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז אסאך בלעטער גמרא און אסאך פרקים משניות זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז מעביר סדרה זיין זאל מיר ברענגען פרנסה, סיי א וואך וואס איך בין יא מעביר סדרה און סיי א וואך וואס איך בין נישט מעביר סדרה האב איך סיי ווי אלץ נאר שאדנס און חובות; איך זע נישט אז זיך אנשטרענגען זיך צו היטן די אויגן, אכטונג געבן צו זיין נאר הייליג, זאל מיר ברענגען פרנסה; ארבעטן אויף קדושת הברית, ארבעטן זיך נישט אויפצורעגן, אכטונג געבן אויף מויל, זע איך נישט אז ס'זאל מיר ברענגען פרנסה; נישט אראפנעמען אדער שטיצן די בארד, זעט מיר אויך נישט אויס אז ס'זאל מיר ברענגען צינורות פון פרנסה; און רעדן שיין צו די ווייב, איר מכבד זיין, זיך אנשטרענגען איר צו מאכן פרייליך, ברענגט מיר אויך נישט קיין פרנסה און עשירות.


ביי מיר גייט עס נאר אז אדער גיי איך ארויס ארבעטן אכט ניין שעה א טאג, און דעמאלט לאז איך אינגאנצן אפ מיין עבודת ה', און אפילו דעמאלט וועל איך נישט האבן גענוג געלט פאר די טעגליכע אויסגאבן און צו צאלן חובות; אדער זאל איך ווייטער זאגן תהלים, מאכן התבודדות, לערנען שיעורים כסדרן און דאווענען די דריי תפלות ווי עס דארף צו זיין, אבער אויך בלייבן אנגעזעצט און דעפרעסט, אינגאנצן משוגע ווערן, און ווייטער אן קיין געלט אנצוגיין; א לעבן וואס איז מיר בכלל נישט ווערד.


ווען איך פאל אריין אין דעם פלאנטער פון חובות געלט און פרנסה, איז נישטא קיין שום זאך וואס קען מיר מאכן פרייליך. ווען איך טראכט נאר פון די שמחה וואס מיר ערווארטן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בשעה טובה ומצלחת, ווערט מיר נאך ביטער אויפ'ן הארץ, עס וועט מיר נאך שווערער ווערן מיט פרנסה. איך שפיר ממש ווי איך ווער משוגע, איך גיי אראפ פון זינען, און איך האב נישט קיין וועג זיך צו בארואיגן און ווערן פרייליך.


איך ווייס דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט קיין צייט צו מיר, און איך פארשטיי עס; ווי עס זעט אבער אויס האט דער אייבערשטער אויך נישט קיין צייט צו מיר כביכול, צו געבן פרנסה בריווח פאר עפעס א פארווארפענער אינגערמאן; האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, מחזק זיין, און ווייזן א וועג ארויס פון מיין פלאנטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


... פארליר זיך נישט, ... בארואיג זיך; א איד טאר נישט אזוי שרייבן, חס ושלום זאגן אז מצוות און מעשים טובים ברענגען נישט קיין גוטס.


ווען א איד טוט מצוות - געבט אים דער אייבערשטער גוטס; דאווענען מיט מנין ברענגט יא פרנסה, שחרית מנחה מעריב ברענגט יא פרנסה, לערנען גמרא און משניות ברענגט יא פרנסה, מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום ברענגט יא פרנסה, נישט נאר פרנסה - נאר אלעס, מען לעבט א חיים טובים. היטן אות ברית קודש ברענגט יא פרנסה, און אויב חס ושלום מען איז פוגם בברית פארלירט מען די פרנסה. בארד און פיאות ברענגט יא פרנסה, און אויב מען שניידט די בארד און פיאות שניידט מען די פרנסה. רעדן שיין צו די ווייב ברענגט יא פרנסה, עס ברענגט עשירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ", זייט מכבד די ווייב, "כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", אזוי וועט איר רייך ווערן.


אז עס איז דיר ביטער - זאלסטו דאס נישט אנהענגען אין דיינע גוטע מעשים, ענדערש זאלסטו זאגן (תהלים כה, יח): "'רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי', הייליגער באשעפער קוק מיין פיין, קוק מיין צער, 'וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי', און זיי מיר מוחל אויף מיינע זינד"; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (אגרא דפרקא, אות קכד) ווען א מענטש גייט אריבער א צרה זאל ער זאגן די ווערטער: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי, קוּק צוּ מַיין פַּיין, מַיין פְּלָאג; אִיךְ בִּין אַזוֹי צֶעקְוֶועטְשְׁט, אִיךְ בִּין אַזוֹי אִין צַעַר, וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי אוּן פַארְגֶעבּ מִיר מַיינֶע זִינְד, אִיךְ זָאל נִישְׁט דַארְפְן אַרִיבֶּערְגֵיין אוֹיבְן אִין הִימְל פַּיין פוּן גֵיהִנוֹם".


מוהרא"ש האט אונז דערציילט א מעשה, וואס עד היום לעב איך מיט די מעשה; דאס באגלייט מיר אויף טריט און שריט, איך טראכט שטענדיג פון די מעשה.


דער הייליגער צדיק, דער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו - האט געהאט זייער א שווערע דחקות, ער האט נישט געהאט וואס צו עסן, נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל; בנוסף לזה האט ער געהאט א שווערע פרוי, זי האט אים געגעסן די קישקעס, זי האט אים נישט אויפגעהערט צו עסן מיט שלעכטע ווערטער; טאג און נאכט האט זי אים געזאגט שלעכטע ווערטער. איין טאג איז דער צדיק געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, ער האט געשפירט ווי ער קען מער נישט, ער האט געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים געבן אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט, ער קען מער נישט אזוי אנגיין איינער אליינס.


ער איז איינגעשלאפן, און ער חלומ'ט זיך ווי זיין נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל אין די עולמות עליונים, מען פירט אים אריבער די ברענעדיגע גיהנום און ער זעט ווי די נשמות פון די רשעים פייניגן זיך, דארט הערט מען קולות, עס טוט זיך א געשריי. דער צדיק, דער הייליגער רבי זושא האט זיך זייער דערשראקן, ער האט דאס נישט געקענט צוקוקן, פלוצלונג קומט צו פליען א מלאך און זאגט אים: "זושא דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א שווערע ווייב און ארעמקייט, דאס איז שוין גענוג; פאר דיר איז אנגעגרייט א פלאץ אין גן עדן וואס (ישעיה סד, ג) 'עַיִן לֹא רָאָתָה אֱלֹקִים זוּלָתְךָ'".


ווען רבי זושא האט זיך אויפגעוועקט האט ער אנגעהויבן טאנצן, ער טראכט צו זיך: 'זאל מיין ווייב מיר געבן וויפיל בזיונות עס גייט, זאל מיר אלעס גיין שווער - פארט וויל איך זיך נישט טוישן מיט די צער פון גיהנום'.


טייערער ברודער, אז עס איז דיר ביטער שווער - זאלסטו נישט אפלאזן דיין דאווענען, לערנען און גוטע מעשים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה:) ווען א מענטש גייט אריבער שווערע ביטערע טעג און ער איז נישט מבטל תורה ותפילה - דאס איז יסורים של אהבה, דאס איז א מזבח כפרה. די הייליגע חכמים דערציילן (שם) רב הונא האט געהאט א גרויסע שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאנגען באזוכן און אים מחזק זיין, זיי האבן אים געזאגט: "לעיין מר במיליה", ער זאל תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן, האט רב הונא געפרעגט די חכמים: "מי חשידנא בעינייכו", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים געענטפערט: "ומי חשיד קודשא בריך הוא דעביד דינא בלא דינא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט?


זיי ווייטער שטארק צו דאווענען מיט מנין, זיי שטארק מיט מעביר סדרה זיין און לערנען משניות, זיי ווייטער שטארק מיט שמירת הברית און געב אכטונג אויף דיין ווייב, רעד שיין צו איר - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח.


לייג אוועק דיין שאלה און ווארט אויף די ישועה, וועסטו קענען טון וואס אברהם אבינו האט געטון ווען ער האט מגלה געווען דעם אייבערשטן, ער האט געשריגן פאר אלעמען: "נאר מיט'ן אייבערשטן האט מען פרנסה", "נאר מיט'ן אייבערשטן האט מען לעבן", און מען האט געלאכט פון אים, מען האט אים געפרעגט: "וואו איז דיין געלט...?" ער האט געדארפט בארגן פון יעדן איינעם, אבער ער איז ווייטער געבליבן ביים אייבערשטן (בראשית יח, לג): "וְאַבְרָהָם שָׁב לִמְקֹמוֹ", אברהם אבינו איז נישט אוועק פון אייבערשטן.


נאכדעם שטייט (בראשית יג, ג): "וַיֵּלֶךְ לְמַסָּעָיו", זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה מא, ג): "הָלַךְ לִפְרֹעַ הַקָּפוֹתָיו", ער איז געגאנגען באצאלן יעדן איינעם; זאגט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו (חתם סופר על התורה פרשת לך לך, דבור המתחיל וילך) חז"ל זאגן אונז דא, אז נישט נאר ער איז געגאנגען באצאלן זיינע חובות, נאר וואו אברהם אבינו איז געווען האט ער צו יעדן איינעם גערעדט פונעם אייבערשטן און ווער עס דינט דעם אייבערשטן האט געלט, אלע האבן געלאכט פון אים: "וואו איז דיין געלט? וואס רעדסטו אין די לופט וכו'?!" אויפ'ן וועג אהיים האט ער יעדן איינעם געוויזן זיין רייכטום, האבן אלע געזען אז נאר ווער עס דינט דעם אייבערשטן האט א לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - דאס לעבן איז מיר שוין נישט ווערד, ווי אזוי גייט מען ווייטער?
התחזקות, שלום בית, רפואה, תפילה והתבודדות, צרות, נסיונות, גט, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי זיך גט'ן און דערנאך גיי איך זיך איינשרייבן אין א משוגעים הויז, איך האב שוין נישט קיין כח מער צו לעבן. קיינער דארף מיר נישט דא אויף דער וועלט, און אויך דער אייבערשטער האט מיר נישט ליב, אזוי ווי קיינער האט מיר נישט ליב און אויך מיין ווייב דארף מיר נישט, איך האב שוין נישט קיין כח צו ווארטן אויף איינעם וואס וועט מיך יא ליב האבן.


איך בין אזוי דעפרעסט, איך האב שוין אפילו נישט קיין כח צו מקיים זיין תורה ומצוות. איך מיין אז די בעסטע פאר מיר וועט זיין זיך צו גט'ן און גיין אין משוגעים הויז, דארט וועט מען מיר צושטעלן צו עסן און שלאפן, און אויך א ספר צו לערנען, און מער פון דעם דארף איך נישט. איך דארף מער נישט אז איינער זאל מיך ליב האבן.


איך ווייס נישט פארוואס דער אייבערשטער נעמט מיר נישט צו די נשמה, פארוואס לאזט ער מיר דא לעבן און ליידן אויף דער וועלט? מיט אזעלכע עלטערן, מיט אזא יוגנט, און אזא ווייב, וואס איז די לעבן נאך ווערד? איך בעט נאר איין תפלה צום אייבערשטן, ער זאל מיך אוועקנעמען פון דער וועלט ווי שנעלער, טוב מותי מחיי.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט ליב ווען מען שרייבט אזוי, אבער איך האב אפילו נישט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ צו קענען געהעריג אראפשרייבן מיינע געפילן. אפשר וועט דער אייבערשטער יא רחמנות האבן אויף מיר, אדער אפשר בין איך פשוט א כפוי טובה, אפשר בין איך דער גרעסטער רשע אויף דער וועלט, אז מען לאזט מיר שוין אפילו נישט תשובה טון?


איך בין זייער צעבראכן און צעמישט, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, אויסקלארן, און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס האט פאסירט מיט דיר? פארוואס האסטו זיך אזוי פיינט? אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט דו מיט דיין ווייב - מיינט נישט אז די וועלט איז געענדיגט; אז דו האסט געהאט א שווערע יוגנט - איז די וועלט נאכנישט געענדיגט; ווי עס זעט אויס גייסטו יעצט אריבער א שווערע נסיון, און אויב דו וועסט זיך דערהאלטן - וועסטו דאס אלעס אריבערגיין, עס וועט דיר נאך ליכטיג ווערן.


דו יאגסט זיך צום טויט? דו ווייסט בכלל וואס איז דאס טויט? וואס ווייסטו וואס ווארט אפ דעם מענטש אויבן אין הימל אז דו שרייבסט "טוב מותי" - די טויט איז מיר בעסער! דו ווייסט בכלל וואס טוט זיך אין יענע וועלט אז דו זאגסט "טוב מותי"?! אז מען וועט צאמנעמען אלע צרות פון די וועלט - קומט דאס נישט אן צו איין ברי פון די גיהנום און צו די עונשים קשים ומרים וואס די נשמה גייט אריבער.


דאווען נישט די נישט גוטע תפילה - אז דער אייבערשטער זאל דיר אוועקנעמען פון די וועלט; דאווען א גוטע תפילה, דאווען אז דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט פטור ווערן פון שלעכטס און פון שלעכטע מחשבות.


אז דו שפירסט ווי דיין מח קען נישט דערהייבן אזויפיל - זאלסטו זיך ווענדן צו א דאקטער ער זאל דיר העלפן מיט גוטע מעדעצין; דאס וועט דיר העלפן דו זאלסט זיך קענען שטארקן און צוריק אנגיין מיט דיין סדר היום.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן דיין גאנצע הארץ, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר מיום הולדך, פון דיין געבורט, אלעס וואס דו ביסט אריבער; שמועס אויס יעדע זאך בפרטי פרטיות, דערצייל אים וועגן דיינע עלטערן, דערצייל אים וועגן דיין ווייב, דערצייל אים וועגן דיינע אייגענע מחשבות און בלבולים, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר העלפן.


ווער עס פאלגט די עצה פון רבי'ן, ער מאכט התבודדות, ער דערציילט זיינע ווייטאגן פאר'ן אייבערשטן, ער שמועסט אויס זיין הארץ צום אייבערשטן - דער קען אריבערגיין אלע שווערע צייטן, מען ווערט נישט אויס, מען באקומט שטארקע נערווען צו קענען אסאך פארנעמען, אויך ווערט מען אן ערליכער איד און א צדיק, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - איך מוטשע זיך מיט אזויפיל פראבלעמען, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
ישועות, שלום בית, חינוך הילדים, רפואה, סבלנות, צרות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ווייב וואס איז גייסטיש קראנק, זי איז שוין געווען אין שפיטאל אן א שיעור מאל. יעצט איז ברוך ה' שוין בעסער, ס'איז אבער נאכאלץ א זאך וואס מ'מוז לעבן דערמיט, זי נעמט שווערע מעדעצינען.


איך האב נישט קיין געהעריגע פרנסה, אדער בעסער געזאגט איך האב נישט קיין סימן ברכה אין די ביסל געלט וואס איך ברענג יא אריין, יעדע וואך בלי שום גוזמא דארף איך צוקומען צו יענעם פאר אפאר דאלאר.


מיין אינגל איז חוצפה'דיג וכו', דער מנהל פון ענגליש זאגט אז ער דארף נעמען מעדעצינען.


די היינטיגע טערעפיסטן און מחנכים באשולדיגן די עלטערן פאר אלעס וואס גייט נישט כשורה מיט די קינדער, ווען איך בין אויפגעוואקסן זענען די קינדער געווען די באשולדיגטע, היינט זאגט מען אונז צו געבן מער ליבשאפט וכו', אבער וואס מיר פרובירן אלץ צו טון איז נישט גענוג, איך בין אויך א מענטש און איך האב די דאגות פון מיין ווייב און פון פרנסה.


איך האב אסאך מער וואס צו שרייבן. אבער איך האב נישט קיין כח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר ווי שטארקט דו מוטשעסט זיך מיט דיין ווייב, מיט דיין פרנסה און מיט חינוך הבנים. איין זאך בעט איך דיר זייער, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, זיי שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, פונעם אייבערשטן גייט נישט ארויס קיין שלעכטס. אז עס איז דיר אזוי שלעכט און אזוי ביטער זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן - דאס איז ביטול", דאס הייסט, מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראכט נישט קעגן די אמונה; דאס זענען די לימודים וואס דער רבי לערנט מיט אונז.


זוך דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דאנק דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס, לויב אים אז דיין ווייב איז שוין אביסל בעסער, זי איז שוין אין שטוב. דאנק אים אויף דאס ביסל פרנסה וואס דו האסט; מיט'ן דאנקען דעם אייבערשטן וועסטו זיך מאכן א כלי לקבל, דו וועסט באקומען נאך מער פרנסה.


אנטלויף נישט, ווארט אויס אויף די ישועה, אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט אויסווארטן אויף די ישועה - וועסטו זען גרויסע ניסים. דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים) עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז נאך אביסל קומט שוין דער יום טוב פסח, האט ער זיך אינטערעסירט וואס איז דאס פסח? האט מען אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר און אלע אידן, אפילו ארעמעלייט - עסן א רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט און מען טרינקט און מען איז פרייליך. די ארעמעלייט האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו פאסטן אפאר טעג פאר יום טוב כדי מען זאל זיין גוט הונגעריג צום סדר. דער גוי האט געטראכט צו זיך: 'איך מוז דאס אויספרובירן, איך וועל מיך פארשטעלן ווי א איד און איך וועל גיין צו א סדר, איך וויל כאטש איינמאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'. למעשה האט מען אים נישט דערציילט אז מען הייבט נישט אן מיט 'שלחן עורך', נאר קודם זאגט מען די הגדה און מען עסט א שטיקל גרינצייג ווייניגער ווי א כזית, און נאכדעם מוציא מצה און מרור וכו' וכו'; פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צו זיין ביים סדר, און ער זיצט ביים סדר און ער ווארט און ווארט צו עסן די שיינע סעודה, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער איז שוין געווען זייער הונגעריג, האט ער געטראכט אז מען האט אים דא זיכער אויסגעשפילט, ווייל ער ווארט אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט אים, האט ער זיך אויפגערעגט און אנטלאפן.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן, ביז מען האט אריין געברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד אז דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א הערליכע סעודה".


דערפאר בעט איך דיר, זאלסט נישט אויסקוקן ווי דער גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווארט און האב געדולד, אנטלויף נישט מיט'ן ביטערן טעם אין מויל, ווארט אויס אויף דיין ישועה.


בנוגע דיין זון; מען קען יעדן קינד אנקוקן ווי א מחוצף און מען קען יעדן מחוצף אנקוקן ווי א טייער קינד, אז דו קענסט זיך קוים דערהאלטן - וואס ערווארסטו פון דיין זון? ער איז יונג, ער האט ווייניגער כח זיך צו קענען דערהאלטן אין אזעלכע שווערע מצבים, אז דער טאטע וועט זיין שטארק, דער טאטע וועט זיין פרייליך - וועט דער זון אויך זיין פרייליך און שטארק, ער וועט פאלגן און זיין א וואויל קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - מיט א גרויסע משפחה מוז מען האבן א שווער לעבן?
חיזוק פאר פרויען, קינדער, אמונה, צרות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע עלטערן האבן אויפגעשטעלט א גרויסע משפחה ברוך ה', אלע זענען גוטע און ערליכע, און בויען שיינע שטיבער, אויסער איינער וואס איז נעבעך אראפ פון וועג.


מיין מאמע האט באמת אסאך אסאך נחת, אבער זי ענדיגט נישט האבן דאגות פון יעדעס קינד באזונדער; איינער וואס וואוינט אין א פלאץ וואס איז מער מאדערן, און כאטש די קינדער זענען נאך קליין דאגה'ט זי. א צווייטע האט פראבלעמען אין פרנסה. א דריטע דאגה'ט זי אויף אן אייניקל וואס האט פראבלעמען, און אזוי ווייטער די רשימה איז לאנג, זי האט נישט קיין איין טאג מנוחה.


זי געבט אוועק אסאך כח און צייט צו העלפן יעדן, אלע קינדער קומען זיך דורכרעדן מיט איר, זיך אויסרעדן און אויסגיסן דאס הארץ, זי איז אסאך מתפלל אויף יעדן. אבער איך זע אז ס'איז איר זייער שווער.


איך טראכט צו זיך, אויב אזוי דארף טאקע זיין. אזוי דארף אויסקוקן א אידישע מאמע?! וואס מער קינדער אלץ מער דאגות, אלץ ווייניגער מנוחה? עס זעט אויס אז ס'ענדיגט זיך קיינמאל נישט, אז ביז 120 וועט אזוי אויסזען איר לעבן, און עס וועט נאר ווערן שווערער, ווייל עס קומען נאך איידעמער, נאך אייניקלעך, אלע וואקסן ב"ה, און אזוי ווייטער.


מיין שאלה איז אזוי, איז דא א וועג וואס איך קען איר ארויסהעלפן? און צווייטנס אויב אזוי וועט זיין אויך ביי מיר? אזוי זעט אויס די לעבן פון א מאמע וואס האט אסאך קינדער?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט א שטארקע שאלה, א וויכטיגע שאלה; א שאלה וואס אלע האבן.


דער ענטפער איז: "עס ווענדט זיך אינעם מענטש אליין"; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך אמונה, ער לעבט מיט אמונה; ער ווייסט אז דער אייבערשטער אליין פירט די וועלט, אלעס וואס פאסירט, אלעס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט איז דער לעבן זיס און שיין, דעמאלט איז נישט קיין חילוק וויפיל קינדער מען האט; מען ווייסט אז ווי מער קינדער מען האט אלץ מער נחת רוח מאכט מען פאר'ן אייבערשטן, מען ווערט נישט אויס און מען ווערט נישט צעפאלן ווען עס גייט נישט פונקט ווי מען האט זיך אויסגע'משל'ט.


דער אייבערשטער זאל אפהיטן, אויב מען נעמט ארויס די אמונה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען קוקט אויפ'ן לעבן אז זאכן פאסירן פון זיך אליין חס ושלום, דעמאלט עסט מען זיך אויף פון יעדע זאך; מען ווערט פאר'דאגה'ט און פארשווארצט, מען ווערט אלט און שוואך, דעמאלט איז אויך נישט קיין חילוק וויפיל קינדער מען האט; מען איז באזארגט סיי מיט קינדער און סיי אן קינדער, סיי א אידישע מאמע און סיי ווער עס זאל נאר זיין.


אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט אויפ'ן לעבן; מען קען האבן די זעלבע לעבן, די זעלבע קינדער, די זעלבע איבערגייאכץ און מען איז נישט פאר'דאגה'ט, מען איז נישט פארשווארצט, מען האט הנאה יעדע סעקונדע פונעם לעבן.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אמאל געוויזן פאר זיינע תלמידים ווי ווייט אלעס ווענדט זיך אינעם מענטש; ער איז צוגעגאנגען צו יענקל וואסער טרעגער און אים געפרעגט: "וואס מאכסטו יענקל?" געבט ער א קרעכץ און זאגט: "וואס קען איך שוין מאכן? ביי די אכציג יאר דארף איך שלעפן שווערע עמערס וואסער, איך שלעפ דאס ארויף אפאר שטאק, ממש די רוקן ברעכט זיך מיר, די פיס האלטן מיר שוין כמעט נישט, פארוואס דארף איך אזוי שווער ארבעטן?!" דער הייליגער בעל שם טוב הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים. א וואך שפעטער גייט דער בעל שם טוב זי"ע נאכאמאל מיט די תלמידים און זאגט זיי: "קומט וועל איך אייך ווייזן אז אלעס האט מיט'ן מענטש אליין, ווי אזוי ער נעמט אויף זיין לעבן", דער בעל שם טוב זי"ע גייט ווידער צו צום וואסער טרעגער יענקל און פרעגט אים: "יענקל וואס הערט מען עפעס? וואס מאכסטו?" זאגט ער: "רבי, ווי קען איך קרעכצן? מיין לעבן איז מיר אזוי שיין, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן אזא גרינגע פרנסה, איך דארף גארנישט אינוועסטירן, איך שעפ אן וואסער ביים ברונעם אומזיסט און טראג דאס צו מענטשן און זיי צאלן מיר, אַה! - געבט ער א זאג - איך דאנק גאט פאר מיין זיסע לעבן", דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים, דערנאך האט ער זיי ערקלערט דאס פאלגנדע: "געבט א קוק, דאס איז דער זעלבער יענקל; צענדליגער יארן שלעפט ער די זעלבע שווערע עמערס וואסער, די זעלבע שטאקן דארף ער ארויפקריכן, אבער עס ווענדט זיך ווי אזוי ער נעמט דאס אן"; ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן איז מען פאר'דאגה'ט און מלא טענות, און ווען מען נעמט אריין די אמונה אין זיך, מען זוכט דאס גוטס, מען קוקט אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט - דאן איז מען פול מיט פרייד.


צדיקים טייטשן דאס וואס רש"י זאגט אויף שרה אמנו (בראשית כג, א): "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", אז עס איז איר שטענדיג גוט געווען; זי האט געוואוסט אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, ביי איר איז געווען בַּת ק' כְּבַת כ', וּבַת כ' כְּבַת ז' - אלע אירע יארן איז איר גוט געווען, מיט אלע שווערע ביטערע נסיונות איז געווען: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה".


שטארקטס אייך און שטארקטס אייער מאמע; רעדטס אסאך פונעם אייבערשטן וועט איר גרינגער מאכן פאר אייער מאמע זי זאל הנאה האבן פונעם לעבן, זי זאל אויסלעבן אירע יארן מיט נחת און פרייד.


בנוגע אייך וכו'; ווי מער איר וועט חזר'ן אין אייערע יונגע יארן אמונה, ווי מער איר וועט אריין נעמען אין זיך אמונה - וועט אייער לעבן זיין צוקערדיג און שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ס'איז מיר שווארץ און פינסטער, פארוואס זאל איך נאך בלייבן לעבן?
התחזקות, צרות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט צו אייך א צעבראכענע אידישע מיידל, וואס האט שוין נישט קיין כח צו לעבן. איך מוטשע זיך אויפצושטיין יעדן טאג, ווייל כ'האב באמת נישט קיין חשק צו נאך א טאג אין מיין ליידיגע לעבן, אלעס איז מיר שווארץ און ס'איז שוין נישט געבליבן פאר מיר קיין שום האפענונג.


איך פרוביר צו מאכן התבודדות, אבער ס'איז נישט זייער שווער צו רעדן צום אייבערשטן, שוין אפגערעדט אז איך קען נישט טרעפן עפעס גוטס אין לעבן אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטן.


מיין לעבן ווערט מיר נאר ערגער און ערגער, און איך טראכט צו זיך אז יעדער מענטש מוז דאך סיי ווי אמאל שטארבן, איז פארוואס זאל איך ווארטן ביז דעמאלט, אפשר איז שוין צייט צו גיין יעצט? איך טו סיי ווי גארנישט אויף אין מיין לעבן, דער אייבערשטער דארף מיך נישט און איך אליין דארף זיך מער נישט, איך וויל פשוט שטארבן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן און נישט אויפגעבן, א שאד אז א יונג מיידל ווי דיר זאל טראכטן פון ענדיגן דאס לעבן חס ושלום; עס ווארט דיר א שיינע לעבן, שיינע זיסע יארן; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן שיינע דורות.


מיין נישט אז נאכן שטארבן איז בעסער; א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן זאגן אז ער וויל שטארבן ווייל ער האט שוין נישט קיין כח צו די יסורים וואס ער ליידט, האט אים דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן פד): חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ", דער יצר הרע זאל דיר נישט איינרעדן "שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", אז אין קבר וועט דיר זיין בעסער; דער רבי האט אים געגעבן צו פארשטיין אז דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען, יעדער איינער מיט זיינע טרדות; פרנסה וכו' וכו', קען זיין מען זאל כאפן א ביס פון א בין אדער א פליג אן דעם וואס מען זאל דאס שפירן, ווייל מען איז אריין געטון אין אנדערע זאכן. אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טרדות און מחשבות וואס זאלן אוועק נעמען דעם קאפ פון הערן ווי די ווערים קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע ריר און יעדע שטאך; מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע בייס פון די ווערים און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו טראכסט פון ענדיגן דעם לעבן; ווייל ווען עס גייט אריבער שוועריקייטן אויף א מענטש, כל זמן מען לעבט איז דא וואו צו אנטלויפן, מען קען אוועק לויפן פון צרות, אבער דארט - אין קבר, איינמאל מען שטארבט איז נישט דא פון דארט קיין שום וועג ארויס, דארט הערט מען יעדע ווערים און עס איז זייער ביטער דארט.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו זאלסט טראכטן אזא נארישע זאך ווי ענדיגן דאס לעבן; יעצט קענסטו נאך פאררעכטן אלעס וואס דו דארפסט פאררעכטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן; מען דארף גלייבן אין דעם און וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן אונזער תשובה, ער ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריקקערן צו אים, אבער איינמאל מען שטארבט קען מען שוין נישט פאררעכטן; דארט אין קבר אויב מען האט זיך נישט אנגעגרייט מיט תורה און מצוות איז זייער ביטער.


האסט שוין אמאל געזען א מייז? וואס טוסטו ווען דו זעסט א מייז? וואס טוען פרויען און אלע מענטשן ווען מען זעט א קליינע מייז? מען הייבט אן שרייען און קוויטשען, מען ווערט ממש אויסער זיך; אבער באמת קען דער מייז גארנישט טון, מען געבט א קליינע האק מיט די פוס און זיי צעלויפן זיך. וואס וועסטו טון אין קבר ווען די ערשטע זאך קומען זיי צו גיין און הייבן אן עסן דעם מענטש? צו וועם וועסטו שרייען? וואס וועסטו טון?! דעריבער פארשטיי איך נישט פארוואס דו יאגסט זיך אזוי שטארק צו גיין אין קבר; הערשט דארט הייבט זיך אן די צרות, עס איז נישט דא וואו צו לויפן.


נעם ארויס פון קאפ די שלעכטע געדאנק אז דער אייבערשטער האט דיר נישט ליב און ער דארף דיר נישט; דער אייבערשטער האט דיר ליב, ער דארף דיר און ער ווארט אז דו זאלסט תשובה טון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּאֲרֶכֶת שְׁנוֹתָיו שֶׁל אָדָם", ווען א מענטש טוט תשובה וועט ער האבן א שיינע לאנגע לעבן; דער אייבערשטער שטייט און ווארט אז דער מענטש זאל תשובה טון, אויב מען טוט תשובה - זאגט דער אייבערשטער: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות (תורת כהנים, בחוקותי).


געדענק אז שטארבן איז נישט קיין האפענונג; דארט הייבט זיך ערשט אן די צרות. עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן שמה, סעיף א): "הַמְאַבֵּד עַצְמוֹ לָדַעַת", דער וואס נעמט זיך דאס לעבן, "אֵין מִתְעַסְּקִים עִמּוֹ לְכָל דָּבָר, וְאֵין מִּתְאַבְּלִין עָלָיו, וְאֵין מַסְפִּידִין אוֹתוֹ וְלֹא קוֹרְעִין וְלֹא חוֹלְצִין", עיין שם.


געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן; דערצייל אים אלעס וואס דו ליידסט און זאג אים דיינע צרות. וויין צו אים מיט די ווערטער: "אייבערשטער האב רחמנות אויף מיר! מיין לעבן איז מיר אזוי שווער איך האב נישט קיין כח צו לעבן; העלף מיר איך זאל שוין ארויס קריכן פון מיין שלעכטס". טו תשובה אויף אלע שלעכטע זאכן, זאג פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געטון, איך גיי מער נישט טון קיין שלעכטע זאכן; איך גיי שוין זיין א וואוילע ערליכע אידישע טאכטער", און בעט אים אויף ווייטער: "העלף מיר איך זאל נישט טון מער קיין עבירות און איך זאל זיך קענען שטארקן אויף מיינע נסיונות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#3 - וואס טו איך אז איך האלט שוין מער נישט אויס די יסורים?
התחזקות, שלום בית, צרות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, וואס האט מיר מחזק געווען אמאל אין אסאך שווערע צייטן. אבער יעצט שפיר איך אז איך בין שוין אזוי שטארק צעבראכן אז קיין שום חיזוק וועט מיר שוין נישט העלפן.


אלעס אין לעבן גייט מיר שווארץ, די פרנסה, די שלום בית, די קינדער, און איך אליין. איך בין צעבראכן און צעהאקט אויף שטיק שטיקער, און איך האט מער נישט קיין טעם אין מיין לעבן.


איך ארבעט אויף א פלאץ שוין פאר 12 יאר, און איך האב פיינט יעדע מינוט וואס איך בין דארט, אבער איך האב נישט גענוג זעלבס זיכערקייט איבערצולאזן די פאסטן און גיין זוכן אן אנדערע פרנסה. דער זון פונעם בעל הבית האט מיר פיינט און האלט אין איין זאגן ליגנטס פאר זיין טאטע וועגן מיר, און איך בין נישט גענוג שטארק ביי זיך צו קענען עפעס טון דערוועגן.


דערווייל ווער איך מער און מער דעפרעסט יעדן טאג, איך ווייס נישט פארוואס איך מיט מיין גאנצע משפחה דארפן אזויפיל ליידן, און איך האב ממש נישט מיט וועמען צו רעדן איבער מיינע ווייטאגן. איך האב נישט קיין נאנטער חבר, נישט קיין רבי אדער רב, און אפילו פאר מיין ווייב האב איך נישט דערציילט איבער מיינע אינערליכע יסורים.


איך האב שוין פיל געוויינט און גערעדט צום אייבערשטן, פילע לאנגע שמונה עשרה'ס האב איך שוין באגאסן מיט טרערן, אבער ווי עס זעט אויס וויל דער אייבערשטער מיר נישט אויסהערן. און די איינציגסטע ברירה וואס בלייבט מיר איז נאר צו שטארבן, הלואי ווען איך קען ווען שטארבן, איך זע אזויפיל גוטע מענטשן ווערן אוועק גענומען פון דער וועלט, הלואי וואלט דער אייבערשטער מיר גענומען אנשטאט זיי.


אפשר האט איר עפעס אן אנדערע וועג ארויס פאר מיר?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס זאלסטו טראכטן פון שטארבן? שטארבן וועט דיר נישט העלפן; טראכט נישט פאר איין רגע אז דארט וועט דיר זיין בעסער, ענדערש געב זיך איבער צום אייבערשטן וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן זאגן ער וויל שטארבן ווייל ער האט נישט קיין כח צו די יסורים וואס ער ליידט, האט אים דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן פד): חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", זאלסט נישט טראכטן אז אין קבר וועט דיר זיין בעסער, און דער רבי האט אים געגעבן צו פארשטיין אז דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען, יעדער איינער מיט זיינע טרדות; פרנסה וכו' וכו', ממילא קען זיין אז מען זאל כאפן א ביס פון א ווארים אדער א פליג אן דעם וואס מען זאל שפירן עפעס ווען מען כאפט דעם ביס, ווייל מען איז אריין געטון אין אנדערע זאכן. אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טירדות און מחשבות וואס זאל אוועק נעמען דעם קאפ פון הערן ווי די ווערים קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע ריר און יעדע שטאך, מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס צער אין קבר ווען מען הערט יעדע בייס פון די ווערים און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.


אז דו גייסט אריבער שוועריקייטן זאלסטו זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אַז עֶס אִיז גָאר בִּיטֶער אִיז מֶען זִיך אִינְגַאנְצְן מְבַטֵּל", האט רבי נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט די מויל מיט די אויגן, דאס איז ביטול צום אייבערשטן"; דאס הייסט, ווען א מענטש פארמאכט די מויל - ער פרעגט נישט קיין קשיות, ער פארמאכט די אויגן - ער וויל גארנישט זען און פארשטיין, ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דעמאלט איז ער זוכה אז אלעס ווערט גוט און דער אייבערשטער העלפט אים מיט זיין ישועה.


דו שרייבסט אז דו האסט שוין אזויפיל געבעטן דעם אייבערשטן וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען זיין זייער שטארק נישט צו ווערן מייאוש ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויסצואווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ארויס גיין פון דיינע צרות ויסורים און דו זאלסט שוין האבן א ישועה אין אלע דיינע ענינים.

#2 - ס'איז ממש א גיהנום ביי אונז אינדערהיים, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך לעב אין זייער א שווערע מצב. מיין טאטע קריגט זיך זייער אסאך מיט מיין מאמע, ער ווארפט זאכן אויף איר, ער זאגט איר מיאוס'ע ווערטער און פארשעמט איר, ער זוכט ממש מיט לעכט ווי אזוי ער קען איר מער און מער וויי טון. מיין מאמע וויינט א גאנצן טאג, עס איז איר נמאס דאס לעבן, אזוי ווייט אז זי מאכט סגולות פאר פערציג טעג אז זי זאל שוין שטארבן רחמנא ליצלן.


למעשה איז נישטא קיין לופט אין שטוב, גארנישט ווערט געטון, און אלעס פאלט נאר אויף מיינע פלייצעס. איך בין נישט מער פון זיבעצן יאר, און איך האב אלעס געדארפט אליין פסח'דיג מאכן פאר פסח, און איך ווייס אז די הויז איז נישט געווען הונדערט פראצענט פסח'דיג, אבער וויפיל קען איך דען טון אליין?


איך דארף ליבשאפט, אבער מיין טאטע רעדט צו מיר ווי א נאצי, מיט א געפערליכע שנאה, מיט ווערטער וואס שטעכן מיר אין די נשמה אריין.


אסאך מאל שפיר איך אז ס'איז ממש עק וועלט, אבער דאן הער איך א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר צוריק אביסל לופט צו אטעמען.


דער ראש ישיבה שליט"א געבט עצות פאר אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע ווי אזוי זיי זאלן קענען זיך צוריק שטעלן אויף די ריכטיגע וועג, אבער איך דארף אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע.


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב ס'איז א ריכטיגע זאך זיך אליין צו געבן גוטע ווערטער און קאמפלימענטס, ווי למשל אז איך בין שיין און אז איך קען גוט קאכן, און אזוי ווייטער.


אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי איך האב זיך געמאכט א תפלה צעטל אויף א חתן, און איך האב אריינגעשריבן אלע קליינע דעטאלן וואסערע סארט חתן איך וויל האבן, איינער האט מיר אבער געזאגט אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, נאר מ'דארף בעטן, "באשעפער געב מיר וואס ס'איז גוט פאר מיר", וויל איך וויסן וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג.


נאך איין שאלה, איך קען נישט אינזין האבן ווען איך דאווען, זאל איך דאווענען בלויז מיט'ן זאגן די ווערטער אן טראכטן? אדער איז דאס גארנישט ווערד?


ביטע זייט מתפלל פאר מיר, אויך אין אומאן, ווייל איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות נישט אויפצוגעבן. העלף ווייטער אין שטוב מיט וואס מען דארף, פארליר זיך נישט און געב נישט אויף דיין לעבן. נאך אביסל וועסטו מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף טרעפן דיין שידוך, דו וועסט חתנה האבן און האבן א שטוב מיט קינדער. אז דו וועסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן וועלן דיינע קינדער דיר אויך מכבד זיין און ברענגען נחת.


איך מוז דיר זאגן אז דעם רבינ'ס וועג איז נישט בעטן אויף שטארבן השם ישמרינו, אנשטאט מאכן תפילות און סגולות מען זאל שוין שטארבן חס ושלום דארף מען מאכן תפילות אז אלע זאלן תשובה טון. טו וואס ברוריה - די ווייב פון דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס - האט געטון ווען מען האט איר געפייניגט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות י.) אז דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס האט געהאט צו טון מיט שלעכטע מענטשן וואס האבן אים געפייניגט, ביז דער הייליגער תנא האט שוין נישט אויסגעהאלטן פון זיי האט ער געבעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן שטארבן, האט אים זיין ווייב – ברוריה – געזאגט: "פארוואס דאוונסטו זיי זאלן שטארבן, ענדערש בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן תשובה טון!" דער הייליגער תנא רבי מאיר האט אנגענומען זיין ווייב'ס ווערטער און ער האט אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן אויף די שלעכטע מענטשן אז זיי זאלן תשובה טון און זיי האבן תשובה געטון.


בנוגע אז קיינער געבט דיר נישט קיין גוטע ווערטער וכו'; געב א קוק וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פון זיינע יונגע יארן ווען ער האט זיך שטארק געמוטשעט צו דינען דעם אייבערשטן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ", אז אויב וואלט ער געהאט איינעם וואס זאל אים זאגן אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן: "אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", ברודער שטארק זיך און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט ער זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", און קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער.


טו אלעס אויף דער וועלט זיך אויפצוהייבן; אז דאס וועט דיר פרייליך מאכן - ווען דו זאגסט זיך אליינס גוטע ווערטער - זאלסטו דאס טון. טו אלעס אבי צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", מען דארף זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל", מען זאל זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען נאר, "וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", אפילו מיט נארישקייטן - אבי צו זיין פרייליך.


בעט ווייטער דעם אייבערשטן אז דו זאלסט טרעפן א שידוך און בעט אויף אלע איינצעלהייטן וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך מיט אלע מעלות טובות, דער עיקר זאלסטו בעטן אויף אן ערליכער מאן מיט גוטע מידות און פאר קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן. דאס דארף זיין דער עיקר תפילות פון א אידישע פרוי, זי זאל זוכה זיין צו ברענגען קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


מיט תפילה וועסטו אלצדינג פועל'ן; קוק נישט אויף דאס וואס דער יצר הרע זאגט דיר אז דיין דאווענען איז נישט ווערד ווייל דו האסט נישט אינזין, דו דאווען ווייטער צום אייבערשטן, בעט אים אויף דיין מאמע לשון אזוי ווי דו רעדסט צו א חברט'ע, וועסטו זוכה זיין ארויסצוגיין פון אלע פראבלעמען און טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וואס טוט מען אז מ'קען נישט רעדן צום אייבערשטן?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און די איינציגסטע זאך וואס האלט מיר ביי אידישקייט און ביים אייבערשטן איז נאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב זייער א שווערע און ביטערע לעבן, איך בין פול מיט יסורים און דעפרעסיע כסדר, און איך האב נישט קיין שום געפיל צו לעבן, איך ווייס נישט פארוואס איך לעב, איך ווייס נישט פארוואס איך בין געבוירן געווארן אויף דער וועלט, פארוואס בין איך אראפגעקומען דא זיך צו מוטשען מיט אזויפיל צרות און יסורים?


פארוואס האט דער אייבערשטער זיך אזוי פארלייגט אויף מיר? אין די מצב אין וואס איך בין, ווי אזוי וועל איך קענען חתונה האבן? ווי אזוי וועל איך קענען אויפציען קינדער? אין די צייט וואס איך בין אזוי דעפרעסט, איך בין אזוי פיל מיט נעגאטיווע געפילן.


דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווארשיינליך ענטפערן צו מאכן התבודדות, צו רעדן צום אייבערשטן, אבער דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ, איך קען ממש נישט עפענען דאס מויל און ארויסרעדן אפילו איין אות צום אייבערשטן. ווען איך וויל אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, ווער איך ממש שטום, די מויל איז מיר פארקלעבט.


ביטע העלפט מיר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער שטארק איר זאלט אריין נעמען אין זיך די אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דורכדעם וועט אייך בעסער ווערן. ווייל ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, דאן לעבט ער א זיסע לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער אלץ בחור ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן און ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, צוליב די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם; פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


אז איר ווילט ארויס גיין פון אייער דעפרעסיע דארפט איר אויפזוכן דאס גוטס אין זיך; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, מען זאל קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה (דער שווער פון הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה), דער ר' אהרן איז געווען זייער א פרייליכער איד, ער איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל אפילו ער איז געווען א עני ואביון און עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט דאך עס וועט נאך זיין גוט אמאל, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט האבן מיר טאקע גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט".


איר שרייבט אז איר קענט נישט עפענען דאס מויל צו רעדן צום אייבערשטן, דאס איז ווייל איר טראכט נאר פון אייער שלעכטס, אז איר וועט אנהייבן זוכן דאס גוטס אין זיך, איר וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, אויך אז איר וועט גלייבן אז איר וועט ארויס גיין פון אלע שוועריקייטן און איר וועט ווערן פרייליך – דאן וועט איר שוין קענען רעדן צום אייבערשטן און אים אלעס קענען דערציילן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט קוקן אויף אייער לעבן.